11מײַנע ערשטע עראינערונגען נעמען מיך קײן פּאָדברעזע, אַ קלײן שטעדטעלע אַכט-און-צװאַנציג װיאָרסט פֿון װילנא. דאָרטען בין איך געבאָרען געװאָרען, שבת, שבעה עשר בתמוז, אין דעם יאָהר 1860.
איך געדענק די שטעדטעל אַזױ װי איך געדענק זיך. װען איך בין אַלט געװען פֿינף יאָהר מיט זיבען אָדער אַכט חדשים, זײנען מיר פֿון דאָרטען אַרױסגעפּאָהרען קײן װילנא, און מעהר האָב איך פּאָדברעזע שױן ניט געזעהן ביז מיט 58 יאָהר שפּעטער, דאָס הײסט, ביז 1923. דאַן האָב איך איהר װידער באַזוכט.
די גאַנצע אַכט-און-פֿופֿציג יאָהר האָב איך איהר געזעהן אַזױ װי פֿאַר די אױגען, מיט איהרע מענשליכע געשטאַלטען. װען איך װאָלט געקענט צײכענען, װאָלט איך געקענט אָנװאַרפֿען אַן אַלגעמײנעם בילד פֿון איהר. די ערשטע װאױנונג, װעלכע איך געדענק גוט, אַ דירה, װאו איך האָב פֿאַרבראַכט פֿון מײַן צװײטען יאָהר ביז מײַן זעקסטען, װאָלט איך געקענט אױפֿמאָלען מיט יעדער אײנצעלהײט.
אין פֿאַרלױף פֿון די 58 יאָהר פֿלעג איך זיך אַמאָל פֿרעגען: פֿון װאַנען װײס איך, אַז איך געדענק ריכטיג? אפֿשר האָט זיך די שטוב אין מײַן זכרון צוזאַמענגעפֿלאַנטערט מיט אַנדערע עראינערונגען אָדער מיט מעשׂות װאָס איך האָב געהערט? אָבער 12מײַן באַזוך אין 1923 האָט אַלץ באַשטעטיגט. די שטוב איז ניט געענדערט געװאָרען אױף אַ האָר, און טאָמער האָט מיר אין איהר געפֿעלט אַ פֿאַרשלאָגענע טיר, װאָס האָט געפֿיהרט אין אַן אַנדער װאױנונג, האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז די דאָזיגע טיר איז אױך דאָ, נאָר זי איז פֿאַרשמירט מיט קאַלך. דאָס און פֿילע אַנדערע אײנצעלהײטען האָבען מיר באַװיזען, אַז דאָס װאָס איך געדענק פֿון די אינגסטע יאָהרען איז אַ טרײַער בילד.
נאָר דאָס ערשטע װאָס איך געפֿין אין מײַן זכרון איז אַ צוריסענע אַלטע קאַנאַפּע. עס קריכען פֿון איהר אַרױס די האָר. עס איז דאָ אַ לאָך און איך בין דורכגעפֿאַלען. די סצענע איז פֿאַרזונקען אין אַ טומאַן; איך געדענק די צײַט, װען מײַן געדאַנק פֿלעגט די סצענע זעהן קלערער. איך געדענק איהר אָבער פֿאָרט.
איך עראינער זיך די שטימונג, די קינדערשע אַנגסט. איך געדענק ניט װי איך װײן; איך געדענק נאָר, אַז עס איז מיר שװער אױפֿ'ן האַרצען.
אַמאָל, אין שפּעטערע יאָהרען, האָב איך װעגען דעם געפֿרעגט מײַן מאַמען. מײַן פֿאַל האָט זי זיך ניט געקענט דערמאָנען, אָבער די צוריסענע קאַנאַפּע יאָ. זי האָט אָנגערופֿען דעם אידען בײַ װעמען מיר האָבען דאַמאָלסט געװאױנט: משה הענדעל; און װי אַ שאָטען געדענק איך אױך זײַן אױסזעהן. לױט מײַן מוטער'ס חשבון בין איך דאַן אַלט געװען אַנדערהאַלבען יאָהר. יעדענפֿאַלס ניט מעהר װי צװײ. אַז מען זאָל זיך געדענקען אַזױ יונג איז ניט קײן זעלטענהײט. עס װענדט זיך נאָר אױב עס האָט געטראָפֿען עפּעס װאָס האָט געמאַכט אַן אױסערגעװעהנליך שטאַרקען אײַנדרוק.
איך בין געװען אַ „סידון". דאָס הײסט, איך בין געװען 13שװאַך אױף די פֿיס און פֿלעג אַרומקריכען איבער דער פּאָדלאָגע, זיצענדיג און שאַרענדיג זיך. רעדען האָב איך אָבער גערעדט „װי אַ גרױסער", און אָנגעהױבען צו רעדען האָב איך זעהר פֿריה. דאָס אַלץ פֿלעגען מײַנע עלטערען דערנאָך דערצעהלען. אין מײַן אײגענעם זכרון איז פֿאַרבליבען נאָר אַ בילד — ניט קײן בולט'ער — װי איך שאַר זיך.
די נעקסטע צװױי סצענעס װאָס איך געדענק מיט דײַטליכקײט (נאָך דער סצענע מיט דער קאַנאַפּע) זײַנען פֿאָרגעקומען װען איך בין אַלט געװען אַ יאָהר דרײַ.
אײנע פֿון זײ האָט פּאַסירט אין װילנא. מיר האָבען נאָך געװאױנט אין פּאָדברעזע, אָבער מײַן מאַמע איז מיט מיר געפֿאָהרען אין װילנא צו-גאַסט צו איהר פֿאָטער. זי אַלײן איז געבאָרען געװאָרען אין װילנא, און זי האָט דאָרטען געהאַט אַ גרױסע משפּחה. מײַן פֿאָטער, װידער, איז געבאָרען געװאָרען אין ניעמענטשין, אַ שטעדטעל לעבען װילנא, אָבער אין אַן אַנדער זײַט װי פּאָדברעזע.
איך געדענק אַ פֿעלד פֿון קרױט און עטליכע תּליות. מען הענגט פּױלישע פֿריצים, „מיאַטעזשניקעס" (רעװאָלוציאָנערען). איך געדענק װײַסע פֿיגורען אין קיטלען. איך געדענק דײַטליך װי זײ צאַפּלען זיך אין דער לופֿטען. איך געדענק װי פֿון צאַפּלען זיך פֿאַלט בײַ אײנעם פֿון די קרבּנות אַראָפּ אַ שטיװעל פֿון פֿוס. איך געדענק מאַרשירענדע סאָלדאַטען מיט װײַסע זומער-הױזען אַרײַנגעטאָן אין די שטיװעל. זײ מאַרשירען, און מען שפּילט אױף טרומײטען. דאָס קומט פֿאַר נאָך'ן הענגען. איך געדענק מײַן מאַמע'ם קול, װי זי שרײַט: „פֿײגע, פֿײגע!"
אין דעם סטיסק איז זי אָפּגעזונדערט געװאָרען פֿון איהר שװעסטער פֿײגע.
איך געדענק װי די מומע פֿײגע פֿלעגט מיר פֿון װילנא עפּעס צושיקען יעדע װאָך. איך געדענק די רײַד װעגען איהר לױפֿען אַלע װאָך אױף דער פּאָדברעזער אכסניא (אין װילנא) די מתּנות צו שיקען דורך פּאָדברעזער אורחים.
14די הינריכטונג פֿון די פּױלישע „מיאַטעזשניקעס" אין װילנא איז געװען אין דעם זומער פֿון יאָהר 1863. דאָרטען האָט דאַן געװעלטיגט דער באַריהמטער טיראַן מוראַװיאָװ. אַלזאָ, בין איך דאַן אַלט געװען דרײַ יאָהר; אָבער פֿון מײַן מומע'ם מתּנות געדענק איך גרײפּלעך און אַ פֿענדעלע צום קאָכען זײ. דאָס איז מסתּמא שייך צו אַ פֿריהערדיגער צײַט. אָבער װעגען דיזער עראינערונג קען איך שױן מיט זיכערהײט ניט רײַדען.
די צװױיטע סצענע, װאָס בײַ מיר איז פֿאַרבליבען פֿון דעם יאָהר 1863 איז אין פּאָדברעזע. עס איז װינטער. די שטעדטעל איז אױפֿגערודערט און צושראָקען. איך שטעה אױפֿ'ן פֿענסטער און איך קוק אױפֿ'ן שניי. אונזער פֿענסטער איז אַרױסגעקומען אױפֿ'ן מאַרק, און איך זעה איצט דעם פֿאַרשנייטען מאַרק-פּלאַץ.
מײַן טאַטע און אַנדערע אידען זײַנען אַנטלאָפֿען. זײ באַהאַלטען זיך ערגעץ-װאו. עס איז געקומען אַן „עלטסטער" נעמען סאָלדאַטען. איך הער אָפֿט דעם נאָמען „כאָװאַנסקי". דאָס איז געװען אַ שרעקליכער נאָמען. כאָװאַנסקי איז געװען אַ הױכער טשינאָװניק. צי ער אַלײן איז געקומען כאַפּען אידען צום מיליטער, צי זײַנער אַ שליח — דאָס האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען. איך האָב נאָר פֿאַרשטאַנען אַז דער נאָמען כאָװאַנסקי ברענגט אַרױף אַ שרעק אױף יעדען. כאָװאַנסקי'ן אַלײן האָב איך קײנמאָל ניט געזעהן. איך פֿלעג זיך איהם פֿאָרשטעלען אַלס אַ יונגען און שעהנעם קריסט, מיט רױטע באַקען, מיט אַ שװערד. אפֿשר האָב איך געזעהן אַ שעהנעם זשאַנדאַר אָדער „אוריאַדניק" און דאָס איז בײַ מיר פֿאַרבליבען אַלס כאָװאַנסקי. כאָװאַנסקי'ס שעהנקײט איז בײַ מיר געװען צוזאַמענגעמישט מיט מײַן באַגריף װעגען שרעקליכקײט, װעגען אידישע צרות.
אין אײנער פֿון די סצענעס װעלכע איך געדענק פֿון יענעם יאָהר, איז די הױפּט-פֿיגור מײַן זײדע פֿון מײַן פֿאָטער'ס צד. דאָס איז געװען דאָס אײנציגע מאָל װאָס איך האָב איהם געזעהן. מײַן זײדע איז פֿריהער געװען אַ רב אין פּאָדברעזע, און דאַן 15איז ער געװען דער מגיד פֿון װידז, אַ שטעדטעל ניט װײַט פֿון דינאַבורג (דװינסק). זײַענדיג מגיד אין װידז, איז ער אָפֿט אַרומגעפֿאָהרען איבער אַנדערע שטעדטלעך האַלטען דרשות. איצט איז ער געקומען אין פּאָדברעזע אױף אַ באַזוך, און מסתּמא האָט ער דאָרטען „געזאָגט" אױך. אין פּאָדברעזע האָבען געװאױנט זײַנע צװױי זין — מײַן פֿאָטער און אַ אינגערער זוהן — מײַן „פֿעטער פֿײװיש", װעלכער האָט געהאַלטען אַ קראָם. אױך האָט דאָרטען געװאױנט זײַנע אַ שװעסטער און אַ פּלימעניק, אַ אײדעם פֿון דעם פּאָדברעזער רב.
איך געדענק דעם פּאַראַד װאָס מען האָט געמאַכט מיט'ן זײדען. זײַן אָנבליק זעה איך איצט ניט קלאָר. זײַן אַלגעמײַנעם אױסזעהן אָבער — יאָ: ניט קײן דיקער מיט אַ לאַנגליכער, גרױיליכער באָרד. איך געדענק אױך, אַז ער האָט געטראָגען אַ פּלושענע היטעל.
װען ער איז אַרײַנגעקומען צו אונז, האָבען איהם באַגלײט עטליכע שטאָדט-לײט, און אױף מײַן קינדערשען שטײגער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז זײ „פֿאָדערן" אַרום איהם און גיבען איהם אָפּ כּבוד. איך געדענק די ראָלע װאָס מײַן פֿאָטער האָט געשפֿילט דערבײַ אַלס דער זוהן פֿון דעם גרױסען גאַסט.
איך זעה איצט מײַן זײדע'ם פֿיגור. איך זעה װי ער זיצט, אױבען-אָן, בײַ אַ װאַנט װאָס איז געװען געבױט פֿון ברעטער — אַ „סעפּערענע" צװױשען אונזער צימער און דער װאוינונג פֿון אַ בײגעל-בעקערקע, מיט'ן נאָמען רחל לאה*. דער זײדע האָט מיר גענומען צו זיך אױפֿ'ן שױס און מיר געגעבען אַ „צעהנער" — אַ גרױסע, קופּערנע פֿינף-קאָפּיקענע מטבּע. אימיצער פֿון די אנװעזענדע האָט צו איהם געזאָגט:
„ער איז דאָס גאָר ניט װערט!"
און ער האָט אױף דעם געענטפֿערט:
„אױב ער איז נאָך ניט װערט, װעט ער װערט זײַן!"
זײַן נאָמען — „ר' יאַנקעלע" — איז געװען דער שטאָלץ 16פֿון אונזער משפּחה. די װײַטסטע קרובים און סתּם פּאָדברעזער פֿלעגען דאָס אױסרעדען מיט אַ טאָן פֿון עהרפֿורכט; און איך האָב געפֿיהלט די באַדײַטונג פֿון דעם דאָזיגען טאָן. עס איז געװען מורא אין מײַנע אױערען. מײַן פֿאָטער פֿלעגט מען צו דער תּורה אױפֿרופֿען נאַטירליך אַלס „בּן הרב", און אַזױ גיך װי איך האָב געקאָנט פֿאַרשטעהן װאָס דאָס הײסט, האָב איך זיך געהאַלטען פֿאַר אַ יחס. און טאָמער האָב איך דאָס אַלײן ניט געפֿיהלט, האָבען מיר אַנדערע אונטערגעהאַלטען. מען פֿלעגט מיר דערמאָנען אַז איך בין „אַ רב'ם אַן אײניגעל", אַז דעריבער דאַרף איך לערנען מיט התמדה און זיך אױפֿפֿיהרען מיט שטאַט. אָבער דאָס געהערט שױן ניט צו דער צײַט, װען איך בין געװען דרײַ יאָהר אַלט.
װעגען מײַן זײדע'ס כאַראַקטער האָב איך קײן באַגריף ניט. פֿון אַלץ װאָס איך װײס װעגען איהם, פֿאַרשטעה איך אָבער, אַז ער האָט געקענט לשון קודש בעסער װי דאָס רוב רבנים פֿון יענער צײַט, און אַז ער האָט זיך אינטערעסירט מיט „מליצה". װאָס פֿאַר אַ סאָרט דרשות ער פֿלעגט זאָגען, װײס איך ניט. איך האָב אָבער באַקומען אַן אײַנדרוק, אַז ער האָט ליב געהאַט תּנ"ך און אַ שעהנעם נײַעם פּשט אױף אַ שעהנעם פּסוק, און אַז ער פֿלעגט צוגעבען פֿאַרב צו זײַן מגידות.
פֿון איהם איז איבערגעבליבען אַ געדרוקטער חבּור, אַ דינער ספֿר'ל — אַ פּירוש אױף קהלת, מיט'ן נאָמען „דברי חפֿץ" — אַ הײליגקײט, אַ ביכעלע פֿון אונזער משפּחה. אױך זײַנען פֿון איהם געבליבען שריפֿטען, װאָס זײַנען קײנמאָל ניט געװאָרען געדרוקט. שפּעטער, װען מיר האָבען שױן געװאױנט אין װילנא, פֿלעגען זײַנע מאַנוסקריפּטען ליגען בײַ אונז אױפֿ'ן אַלמער. אײניגע געװען אין דער פֿאָרעם פֿון געבונדענע ביכעלעך, אײניגע פֿון בלױע פּאַפּיר, געלינירט אין קעסטעלעך; אײניגע פֿון װײַסע. שפּעטער, װען איך האָב זײ געקענט לעזען, האָב איך געזעהן, אַז דאָרטען געפֿינען זיך אָפּגעזונדערטע העברעאישע װערטער. און נאָך שפּעטער האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿאָטער אַז עס האָט עפּעס אַ שײַכות צו „שמות הנרדפֿים" (סינאָנימען).
דאָס אַלץ באַװײַזט מיר, אַז דער זײדע האָט זיך אינטערע17סירט מיט אַזעלכע זאַכען, מיט װעלכע עס האָבען זיך דאַן פֿאַרנומען משכּילים און ניט פֿאַרצײַטיגע רבנים און מגידים.
אונגעפֿעהר אַ יאָהר נאָך דעם װי מײַן זײדע האָט אונז באַזוכט, איז צו אונז געקומען צו גאַסט מײַן פֿאָטער'ס אַ שװעסטער, די מומע זעלדע. זי איז געװען אַ שעהנע, און איך געדענק, אַז מײַן קינדערשער באַגריף האָט דאָס אָפּגעשאַצט מיט שטאָלץ: איך האָב אַ שעהנע מומען! אױך האָב איך געװאוסט, אַז מײַן מאַמען האַלט מען פֿאַר אַ שעהנע.
די מומע זעלדע איז געקומען מיט אַ אינגעלע, אַן עופֿה'לע. מיט איהר צוזאַמען איז געקומען אַ מײדעלע פֿון אַ יאָהר צװעלף, מײַנע אַ שװעסטער-קינד, װעלכע האָט דעם קינד אַרומגעטראָגען. די פֿאָלגענדע סצענע איז אײנע פֿון די װאָס איך זעה אין מײַן זכרון װי אַ לעבעדיגע.
נאָהענט לעבען אונזער שטוב געפֿינט זיך אַ קלײנער גאָרטען, װאָס געהערט צו אַ צװײַטער הױז. מײַן קוזינע רײַסט אַרױס אַ רױטע מאָן-בלום, און גיט דאָס דעם אינגעלע אױף צו שפּילען זיך. די באַלעבאָסטע פֿון דעם גאָרטען בײַזערט זיך אױף איהר, און זי ענטפֿערט:
„אײן מאָנעלע! מעהר האָב איך ניט גענומען."
איך געדענק װי דאָס װאָרט „מאָנעלע" האָט אױף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק. אַלס אַ נאָמען פֿון דער בלום פֿון מאָן איז דער אױסדרוק פֿאַר מיר געװען אַ נײַעס. דער װאָרט פֿלעגט געברױכט װערען אין װילנא, אָבער ניט אין אונזער שטעדטעל. די מײדעל איז געװען אַ װילנערקע.
דאָס דערמאָנט מיר אָן אַן אַנדער קלײניגקײט װעגען מײַנע ערשטע שפּראַך-אײַנדריקען: אין דער הױז װאו מיר האָבען געװאױנט (אַן אײן-עטאַזשנע הילצערנע הײַזעל), האָבען אין דרײַ באַזונדערע דירות זיך געפֿונען פֿיר פֿאַמיליען, אַרײַנרעכענענדיג אונזערע. זײ האָבען ענטהאַלטען אַכט ערװאַקסענע מענשען און עטליכע קינדער, גרעסערע און קלענערע. צװױשען זײ האָט נאָר אײן פּערזאָן, אַ פֿרױ מיט'ן נאָמען איטע רײַנע — די מוטער פֿון אײנער פֿון די פֿיר משפּחות — גערעדט מיט'ן „רײש". דעם 18אונטערשײד צװױשען איהר אױסשפּראַכע און די אױסשפּראַכע פֿון אַלע איבעריגע האָב איך שטאַרק געפֿיהלט. איך הער איהר שטימע מיט איהרע „רײש'ען" אַזױ װי איצט װאָלט דאָס געװען. צו אונז, קינדער, איז איטע רײַנע געװען שטרענג. מיר פֿלעגען פֿאַר איהר מורא האָבען. און איהרע שאַרפֿע „ר'ען" פֿלעגען איהר צוגעבען „שרעקליכקײט" אין מײַן באַגריף.
איך געדענק נאָך אַ גאַסט: דעם „פֿעטער חיים לײב", מײַן מאַמע'ס אַ ברודער — אַ בחור מיט אַ װײַסען פּנים. איך געדענק װי ער שפּילט זיך מיט מיר. ער שטעלט מיר אױס צװױ פֿינגער און הײסט מיר זײ פֿאַנאַנדערנעמען. איך שטרענג אָן אַלע כּחות דאָס צו טאָן און קען ניט. איך האַלט איהם פֿאַר אַ גרױסען גבּור. דאָס איז אַלץ װאָס איך געדענק פֿון איהם, װען איך האָב אין זינען יענע יאָהרען.
נאָך אַ יונגען מאַן װאָס איך געדענק פֿון מײַנע ערשטע קינדער-יאָהרען איז אַ בחור מיט אַ שעהנעם פּנים, מיט פֿולע ליפּען. דאָס איז געװען מײַן פֿאָטער'ס אַ שװעסטער-קינד מיט'ן נאָמען בענטשקע. ער האָט געלערענט אין שטעדטעל, און איך געדענק װי ער זיצט בײַ אונז אין שטוב בײַם עסען. איך שטעל זיך איהם אימער פֿאַר מיט אַן ערנסטער פֿאַרשעמטער מינע, די מינע מיט װעלכער אַ ישיבה-בחור עסט זײַן „טאָג".
זײַן געשטאַלט שטעהט אין מײַן זכרון װי אַ בילד פֿון זעהר העלע, שטאַרק-באַלױכטענע פֿאַרבען, אַרומגעװיקעלט מיט טומאַן.
דערנאָך, װען בענטשקע איז שױן אין פּאָדברעזע ניט געװען, איז װעגען איהם געװאָרען אַ גערודער, מען האָט זיך געשושקעט, עס איז עפּעס געװען אַ צרה. שפּעטער, שױן זײַענדיג אין װילנא, האָב איך ביסלאַכװײז פֿאַרשטאַנען אַז בענטשקע האָט זיך געשמד'ט.
מײַן פֿאָטער פֿלעגט װעגען איהם רעדען מיט קללות, און מײַנע מומעס פֿון מײַן פֿאָטער'ס צד פֿלעגען בענטשקע'ן דערמאָנען מיט זיפֿצען און מיט קרעכצען. איך האָב אָפֿט געהערט דאָס װאָרט „קאַנסטאַנטינאָפּאָל", און איך געדענק אױך עפּעס װעגען אַ בריף װאָס איז פֿון איהם אָנגעקומען צו מײַנעם 19אַן עלטער-פֿעטער, אױף העברעאיש (בענטשקע האָט גוט געקענט לשון קודש). מעהר האָט מען פֿון איהם ניט געהערט*.
אונזער דירה איז באַשטאַנען פֿון אײן צימער. װען מען איז אַרײַן אין דער „פֿיר-הױז", איז זי אױסגעקומען פֿון דער לינקער האַנט. פֿון דער רעכטער האַנט האָט געװאױנט דער שוחט, צוזאַמען מיט סענדער דעם פֿערד-הענדלער (זײַן װײַב איז דאָס געװען איטע רײַנע). פּונקט אַנטקעגען דעם אַרײַנגאַנג אין „פֿיר-הױז" איז געװען אַ דריטע דירה — אַ קלײנער צימער, װאו עס האָט געװאױנט נאָך אַ משפּחה. פֿון דיזער משפּחה געדענק איך נאָר אײן פּערזאָן: אַ הױכע, דיקע מײדעל, אַ ביסעל אַ געשטופּעלטע, מיט גרױסע אױגען. שבת, װען זי פֿלעגט זיך אױספּוצען, פֿלעגט זי טראָגען אַ „קרינאָלינע", די אײנציגע פֿאַרצײַטיגע קרינאָלינע װאָס איך האָב װען עס איז געזעהן ניט אין אַ מוזעי, נאָר אױף אַ לעבעדיגער פֿרױ. דאָס איז ניט דער זעלבער סאָרט קרינאָלין, װאָס דאַמען האָבען אַ געװיסע צײַט געטראָגען מיט פֿילע יאָהרען שפּעטער. דיזער איז אַ קלײנינקײט אין פֿאַרגלײך מיט דעם פֿאַרצײַטיגען.
מײַן פֿאָטער איז געװען אַ מלמד, און צװױי פֿון זײַנע תּלמידים (און אפֿשר דרײַ) האָבען בײַ אונז גענעכטיגט און גענעסען קעסט. זײַערע עלטערען האָבען געװאױנט ניט װײַט פֿון שטעדטעל. איך געדענק די צװױי אינגלעך װי זײ האָבען אױסגעזעהן, און איך געדענק זאָגאַר דעם פֿאָטער פֿון אײנעם פֿון זײ.
מײַן מוטער האָט געלערענט מײדלאַך שרײַבען. פֿון אַלע 20איהרע שילערינס געדענק איך אײנע: די הױכע, דיקע מײדעל, אונזער שכנ'טע, װאָס פֿלעגט שבת טראָגען אַ קרינאָלינע.
לעבען אונזער טיר אין „פֿיר-הױז" איז געשטאַנען אַ „סטופּע", אין װעלכער מײן פֿאָטער פֿלעגט שטױסען טאַבאַק. דאָרטען איז אױך געשטאַנען די װאַסער. אײן מאָל, נעמענדיג אַ טרונק, האָב איך די איבערגעבליבענע װאַסער פֿון קענדעל אַרײַנגעגאָסען אין דער דאָזיגער טאַבאַק-סטופּע. איך האָב זיך דערשראָקען פֿאַר מײן פֿאַרברעכען. מײַנע עלטערען האָבען נאָכהער ניט געװאוסט װער עס האָט דאָס געטאָן. איך האָב דעם סעקרעט פֿאַרבאָרגען ביז שפּעטער, װען מיר האָבען שױן געװאוינט אין װילנא, װען איך האָב זײ אױסגעזאָגט, האָבען זײ זיך שױן דעם „אַקט" ניט געקענט דערמאָנען.
איך געדענק די קינדער פֿון אונזערע שכנים, די פֿאַמיליעס װאָס האָבען געװאוינט אין דעם זעלבען „פֿיר-הױז". איך געדענק די אינגעלעך און די מײדעלעך, און װי אַזױ פֿיר, פֿיר אָדער פֿינף יאָהריגע „קאַװאַליערען", האָבען זיך פֿאַרהאַלטען צו אונזערע פֿיר אָדער פֿינף יאָהריגע „דאַמען". איך געדענק, אַז מיר האָבען גאַנץ גוט געװאוסט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן זאַכען װאָס מען טאָר ניט; אַז עס איז פֿאַראַן אַ גרענעץ צו אונזער חבֿר'שאַפֿט. דעם זין פֿון דעם גרענעץ האָבען מיר, נאַטירליך, ניט פֿאַרשטאַנען. אָבער מיר, אינגעלעך, פֿלעגען איהם אָפּהיטען אַ סך שטרענגער װי די מײדעלעך. איך מוז אױסזאָגען, אַז אונזערע „ליידיס" פֿלעגען זיך אָפֿט אױפֿפֿיהרען אַזױ, אַז איך קען דאָס אױף פּאַפּיר ניט איבערגעבען.
איך בין געװען אַ בן יחיד. איך זעה װי מײן פֿאָטער זיצט און לערענט מיט זײַנע תּלמידים, האַלטענדיג מיר אױפֿ'ן שױס. איך געדענק דאָס פֿון יענער צײַט, װען איך אַלײן האָב נאָך קײן עברי ניט געקענט זאָגען. איך הער זיך צו צו די װערטער מיט די פֿאַרטײַטשונגען, איך זאָג נאָך אײניגע װערטער, און מײן טאַטע איז שטאָלץ מיט מיר.
איך געדענק װי מען האָט אײנגעפֿיהרט דעם ערשטען קעראָ21סין לאָמפּ בײַ אונז אין שטוב — אַ קלײנינקער לעמפּעלע, אָהן אַ גלאָז, אַ בלעכענער, געפֿאַרבט אױף רױט, אַזױ װי אַ רױטער טינטעריל. דער לעמפּעלע שטעהט אױף אַ טיש און מען לערענט פֿאַר איהם. עס איז אַ גרױסע נײעס. מעגליך, אַז דערבײַ האָט אױך געברענט אַ ליכט, װאָרים איך קען זיך ניט פֿאָרשטעלען אַז פֿון דעם קלײנעם לעמפּעל זאָל זײַן ליכטיג גענוג.
אין בית-המדרש האָט מען דאַן אײַנגעפֿיהרט אמת'ע קעראָסין-לאָמפּען, הענגענדיגע, מיט גלעזער, מיט „טעלער" פֿון אױבען, און פֿאַר דער שטעדטעל איז דאָס געװען אַ סענסאַציע.
מיר האָט מען אָפּגעגעבען אין חדר צו פֿיר-און-אַ-האַלב יאָהר. דעם ערשטען זונטאָג, װען מען האָט מיר געפֿיהרט צו מײן אלף-בית רבי'ן, געדענק איך װי דורך אַ געדיכטען װאָלקען. איך געדענק, אַז איך פֿלעג דאָס געדענקען דײַטליכער. איך פֿלעג זעהן פֿאַר די אױגען װי דער מלאך װאָרפֿט מיר די קאָפּיקע. איך געדענק, אַז איך פֿלעג געדענקען, אַז דער ערשטער רבי מײַנער האָט געהאַט אַ װײַסע באָרד. איך געדענק גוט אױף װעלכער זײַט פֿון שטעדטעל מײן ערשטער חדר האָט זיך געפֿונען. מײן צװױיטער חדר איז געװען אױף דער אַנטקעגענדיגער זײַט.
מײן צװױיטער רבי אין פּאָדברעזע איז געװען אַ הױכער איד מיט רױטע, קרענקליכע אױגען. זײַן נאָמען איז געװען דוד דױגער. איך בין אָנגעקומען צו איהם אין דעם זומער װען איך בין געװאָרען פֿינף יאָהר. איך געדענק זײַן געזיכט מיט פֿאָלשטענדיגער דײַטליכקייט. איך געדענק אױך זײַן שטימע. אָבער איהם האָב איך געזעהן שפּעטער אױך (אין װילנא).
ער האָט געהאַט אַ װאונד אױפֿ'ן אָרעם נאָהענט צו דער פּלייצע, און ער פֿלעגט זיך שטענדיג עסק'ן מיט אַ זאַלב און מיט „קאַרפּיע". דאָס אַלץ איז צוזאַמענגעמישט אין מײן זכרון מיט דעם לערנען — עברי זאָגען און אַן אָנהױב חומש.
איך זעה אין געדאַנק אַ סצענע: עפּעס האָב איך זיך פֿאַרזינדיגט, און דער רבי האָט מיר צוגעבונדען צום בעט מיט אַ 22שמאָלען, לאַנגען רימען. איך בין געזעסען בײַם טיש און געלערענט, און דער רימען האָט זיך געצױגען פֿון מיר צום בעט.
קײן דריטען און העכערען רבי'ן האָב איך אין פּאָדברעזע שױן ניט געהאַט.
איך געדענק װי מען האָט בײַ אונז געמאַכט אַ שטיקעל יום-טוב מיט מײן ערשטען סיום. װאָס דאָס איז געװען פֿאַר אַ סיום געדענק איך ניט. שבת נאָך'ן דאַװונען זײַנען געקומען געסט. אַן עלטערער אינגעל מיט'ן נאָמען פֿײװקע, מײן פֿאָטער'ס אַ תּלמיד, איז אײנער פֿון די געסט. ער איז געװען דער פּלימעניק פֿון רחל-לאה די בײגל-בעקערקע, די אַלמנה װאָס האָט געװואוינט און געפֿיהרט איהר געשעפֿט אױף יענער זײַט פֿון דער פֿאַרשלאָגענער טיר, און ער האָט זיך בײַ איהר אױפֿגעהאַלטען. מײן מאַמע איז איהם מכבד מיט אַ קיכעל און אַ שטיקעל „רעצישניק", און ער געהט אום און קײט געשמאַק.
זײַן געשמאַקער קײען און די ברײטהײט מיט װעלכער ער געהט אַרום איבער'ן שטוב, ערגערט מיר. עס איז מײן מאַמע, מײן שטוב, מײן סיום, און מײן קיכעל. װאָס געשמאַקער ער האָט געקײט, אַלץ מעהר האָב איך איהם ניט פֿאַרגונען.
מײן פֿאָטער און מײן מוטער אין זײַערע יונגע יאָהרען, געדענק איך גוט. איך געדענק מײן פֿאָטער'ס הױכע, דאַרע, שטאַרק-געבױטע פֿיגור און זײַנע שװאָרצע האָר. ער האָט געהאַט אומעטיגע אױגען און אַ שאַרפֿען, לאַנגען, בולט-סטאַרטשענדען נאָז — דער אָנבליק פֿון זײַן מוטער און איהרע ברידער (זײַנע ברידער און צװױי פֿון זײַנע שװעסטער זײַנען געװען ענליך צו איהם). איך האָב זײַן פּנים.
מײן מוטער איז געװען נידעריגער געװאַקסען װי ער, מיט טונקעל-רױטע האָר, מיט אַ רױטליך פּנים, װעלכען מען האָט געהאַלטען פֿאַר אַ שעהנעם. די האָר זײַנען, נאַטירליך, געװען צוגעדעקט — שבת מיט אַ פּאַרוק אָדער אַ „באַסטען" טוך; אין מיטען-װאָך מיט אַ פּראָסטע געקאָלירטע טיכעל.
23װאָס האָב איך אין יענע צאַרטע קינדער-יאָהרען געפֿיהלט פֿון דער נאַטור מיט איהר פּראַכט? פּאָדברעזע איז אַ קלײן שטעדטעלע, כּמעט אַ דאָרף. אַ פּאָר מינוט גאַנג פֿון אונזער װאוינונג האָבען זיך שױן אָנגעהױבען לאָנקעס מיט פֿעלדער. װאָס-זשע געדענק איך פֿון דעם? דער ענטפֿער אױף דיזער פֿראַגע איז זעהר אַ מאָגערער.
איך געדענק אַ לאָנקע. און אַ זומער'דיגען װינטעל, װי ער װײגט די גראָז מיט די קװײיטעלעך. איך געדענק דעם פֿאַרגעניגען װאָס דאָס פֿלעגט מיר פֿאַרשאַפֿען. איך געדענק אױך מײן קינדערשען געפֿיהל פֿון עפּעס געהײמניספֿולעס. איך געדענק דעם טשװיטשען פֿון די פּאָדברעזער פֿױגעלעך.
קליינע פֿױגעלעך האָב איך געװואוסט נאָר אײן סאָרט: װאָראָביטשיקעס (שפּערלינגען). אױף אידיש פֿלעגען זײ הײסען „באַראביטשיקעס". און אַז עס זײנען פֿאַראן פֿױגעלעך װאָס האָבען אַנדערע קאָלירען, העלערע, שעהנערע, האָב איך ניט געװואוסט. איך זאָג „קליינע פֿױגעלעך", װאָרים איך האָב געװואוסט נאָר פֿון אַ בוטשאַן — די גרױסע פֿױגעל מיט זעהר לאַנגע, דאַרע פֿיס, אַ לאַנגען האַלז און אַ לאַנגען שנאָבעל. װען מיר, קינדער, פֿלעגען דערזעהן אַ בוטשאַן פֿליהענדיג אין דער הױך, פֿלעגען מיר פֿאַררײסען די קעפּ און שרײַען:
„בוטשן, בוטשאַן, גאַ-גאַ-גאַ !"
װען מיר פֿלעגען זעהן אַ גרױסע קאָמפּאַניע „באַראבײטשיקלעך" פֿליהענדיג און טשװיטשערענדיג לוסטיג, פֿלעגען מיר זאָגען, אַז דאָס איז אַ חתונה.
פֿון די קװײיטעלעך װאָס װאַקסען אין די פֿעלדער און לאָנקעס, האָב איך נאָר געװואוסט דרײַ סאָרטען: דעם בלומעלע װאָס האָט די פֿאָרמע פֿון אַ געלע קײלעכדיגע בערשטעל, און װאָס זײן שטעננעל האָט אַ ביטערען טעם (שפּעטער װערט די בערשטעל 24פֿאַרװאַנדעלט אין אַ קײלכעל פּוך. מיר פֿלעגען איהר פֿאַרניכטען מיט אײן בלאָז.) דעם בלומעלע װאָס באַשטעהט פֿון װײסע בלעטעלעך מיט אַ געלענקען קנעפּעלע אין מיטען; און דעם, װאָס זעהט אױס װי אַ דונקעל-רױטער קנאָפּ. קײן נעמען האָבען זײ בײ אונז ניט געהאַט. שפּעטער האָב איך זיך דערװואוסט װי מען רופֿט יעדען פֿון זײ אױף רוסיש, און גאָר שפּעטער — אין אַמעריקא — אױף ענגליש. אָבער אױף אידיש איז ניט געװען קײן װערטער פֿאַר אַזעלכע זאַכען, און מיר פֿלעגען אַלע פֿעלד-בלומען רופֿען מיט אַן אַלגעמײינעם נאָמען: „צאַצקעס".
דאָ אין אַמעריקא בין איך באַקאַנט מיט עטליכע-און-זעכציג מינים פֿױגעלעך און מיט פֿילע צעהנדליגע פֿעלד-בלימעלעך. די פֿױגעלעך אָבער פֿון מײן געבורט-אָרט זײנען מיר אונבאַקאַנט. איך װײס װעגען זײ פֿון רוסישע ביכער און אױך פֿון ענגלישע; אָבער ניט פֿון לעבען.
איך פֿלעג פֿאַרברענגען אַ סך צײט אין שפּילען זיך — מיט חבֿרים אָדער איינער אַליין. קעגען-איבער אונזער שטוב איז געװען אַ ברונעם, פֿלעג איך זיך שפּילען נאָהענט דערבײ, אָדער הינטער דער שטוב, װאו עס איז געװען אַ גאָרטען, און װאו אַ פּאַר פֿון די בײטען זײנען געװען אונזערע. נאָך'ן גאָרטען האָט זיך געצױגען אַ ליידיגער שטח, אַ פֿאַרװאַקסענער מיט גראָז, קראָפּעװע, אָדער װילדע פֿלאַנצען, און אײניגע קװײטען. פֿלעג איך דאָרטען כאַפּען ביהנען, זשוקעס, גרױסע בלױע פֿליגען און „חיה'לעך" (די לאַנגע האָריגע באַשעפֿענישען, פֿון װעלכע עס װערען זומער-פֿױגעלעך). אין גאָרטען פֿלעג איך געפֿינען אַ סך גרינע קײקעלעך, אַזױ װי אַרבעס, פֿון די װאָס פֿאַלען אַראָפּ פֿון אַ געװיסען מין װילדע פֿלאַנצונג. פֿלעג איך אױסגראָבען אַ גרוב און זײ דאָרטען אָנקלייבען. בײ דער אַרבײט פֿלעג איך ריידען מיט זיך אַליין.
איין מאָל האָט מען מיר געשאָנקען אַ קײלעכדיגע מעשענע פּושקעלע. האָב איך אין איהר אריינגעליינט אַ „חיה'לע" און איהר פֿאַרמאַכט. שפּעטער, װען איך האָב אױפֿגעעפֿענט און געפֿונען אַז זי איז טױט, בין איך געװען שטאַרק ענטױשט.
25אַן אַנדערס מאָל האָב איך אַ לעבעדיגע „חיה'לע" באַגראָבען. איך האָב איהר „פֿאַרזײיהט", הײסט עס, און אױף מאָרגען בין איך געגאַנגען זעהן צי עס שפּראָצט שױן.
אײנע פֿון מײנע טײערסטע עראינערונגען, װעלכע זײנען פֿאַרבונדען מיט דער נאַטור, איז אַ סצענע װי מײן טאַטע מאַכט מיר אַ פֿײפֿעלע. איך זעה איהם אַ יונגען, מיט שװאַרצע האָר, אַ הױכען, אַ שטאַרקען, װי ער גיט אַ שפּרונג צו אַ בױם, בױגט אַרונטער אַ צװױיג און ברעכט אָפּ אַ שטיק.
עס איז ל"ג בעומר. ס'איז פֿריהלינג; אָבער אין דעם געװעהנליכען אידישען לשון איז אַזאַ װאָרט ניטאָ. בײ אונז הײסט שױן דאָס זומער. אַלץ איז יונג און פֿריש — אַ מחיה! דער טאַטע שלאָגט דעם צװױיגעל מיט זײן מעסער'ל, כּדי די קאָרע זאָל זיך אַראָפּגעמען. דער צװױיג איז פֿריש און זאַפֿטיג. דער טאַטע האַלט דעם קלינגעל אין האַנט און מיט דעם שטילכעל קלאַפֿט ער װי מיט אַ העמערעל. ער באַנעצט די דונקעל-גרינע קאָרע בײ זיך אין מױל און קלאַפֿט װײטער. ענדליך באַװעגט זי זיך, די קאָרע. דער טאַטע איז גליקליך, און איך אױדאי. ער שניצט צו. ער שנײדט אױס אַ „מײלעלע"; ער שנײדט אַרום, און ענדליך ציהט ער די קאָרע אַראָפּ. זי נעמט זיך אַראָפּ װי אַ העמדעלע. דער שטעקעל בלײבט אַ נאַקעטער, אַ פֿײכטער, אַ בלישטשענדער. די איבעריגע אַרבײט איז שױן לײכט.
װען די פֿײפֿעלע איז פֿאַרטיג און ער גיט דעם ערשטען פֿײף, ציטער איך פֿאַר שׂמחה. אָבער דאַן ערשט פֿאַנגען זיך אָן צרות: בײ מיר פֿײפֿט זיך ניט. דער טאַטע מאַכט אַן אָפּעראַציע. ער שניצט װידער; ער פֿאַרריכט, ביז ענדליך געהט עס בײ מיר אױך. איך בין אױפֿ'ן זיבעטען הימעל!
דעם טאַטען'ס מעסערעל איז אַזא װיכטיגער טײל פֿון דעם בילד װי דער טעם פֿון פֿריהלינג, װי די פֿרישע זאַפֿט פֿון דער קאָרע. ער איז געװען אַ גרױסער בעל'ן אױף מעסערלעך און האָט זיך געהאַלטען פֿאַר אַ מבֿין אױף זײ. אַ מעסערעל איז בײ איהם געװען אַזױ װי אַ פֿערד בײ אַ לײדענשאַפֿטליכען רײַטער. זײן גאַנצען לעבען אַזױ.
26װאָס איז מײַן ערשטע עראינערונג פֿון געזאַנג? מײַן מוטער איז ניט געװען קײן גרױסע זינגערין. זי פֿלעגט זינגען נאָר אַ געװעהנליכע װיג־ליד, און דאָס — שטילערהײט. איך געדענק איהר יונגע שטימע. מײַן פֿאָטער האָט געהאַט אַ שטאַרקע שטימע און ער פֿלעגט זינגען אַ סך.
דער ערשטער ניגון װאָס איך קען זיך דערמאָנען איז אַ „האָפּקע", װאָס מײַן טאַטע און אַנדערע פּאָדברעזער אידען פֿלעגען זינגען שׂמחת תורה. איך קען איהם עד היום איבערזינגען. איך זעה זײ װי איצט, און איך הער זײַערע פֿרעהליכע קולות.
איך געדענק אױך װי אין פּאָדברעזע פֿלעגט מען זינגען אליקום צונזער'ס ערשטע לידער: „די בלום", „ר' תּנחום" און „דער זומער און דער װינטער". אם דײַטליכסטען געדענק איך װי זײ פֿלעגען זינגען אַן „אַקאַטניק"*, אַ הױכער, שעהנער יונג. איך געדענק דעם הױפּט קלעזמער, דעם פֿידעל־שפּילער פֿון שטעדטעל, חיים האָט ער געהײסען — אַ דאַרער אידעל מיט אַ װײַסער באָרד. פֿילע יאָהרען פֿלעג איך קענען איבערזינגען אַ געװיסען ניגון, װאָס ער פֿלעגט שפּילען, איך האָב איהם אָבער שױן לאַנג פֿאַרגעסען.
װי װײַט האָב איך אין יענע יאָהרען פֿאַרשטאַנען די ראָלע פֿון גאָט?
איך פֿלעג זיך איהם פֿאָרשטעלען ניט װי אַ מעכטיגען, אַ 27מאַיעסטעטישען, אַ פֿירכטערליכען, נאָר פּונקט פֿאַרקעהרט: איך פֿלעג איהם זעהן אין דעם געשטאַלט פֿון אַ אינגעל. נאָר דער אינגעל זיצט זעהר הױך ערגעץ־װאו. און ער טראָגט עפּעס אַ מאָדנעם סאָרט היטעלע, אַ האַלב־קײַלעכדיגע.
פֿון װאַנען עס האָט זיך בײַ מיר אין מוח צוזאַמענגעשטעלט אַזאַ פֿיגור װײס איך ניט גענױ. איך בין אָבער זיכער, אַז דאָס האָט געהאַט אַ שײכות צו דעם קלאַנג פֿון דעם װאָרט „גאָט". איך געדענק אַז דער װאָרט האָט אױף מיר קײן שטאַרקען אײַנדרוק ניט געמאַכט. אַ קורצער, אָפּגעהאַקטער װאָרט. און דער אינגעל מיט דער היטעלע איז אױך געװען אַזױ.
פֿאַר'ן הימעל האָב איך אָבער מורא געהאַט. אױף יענער זײַט הימעל איז געװען אַ סודות'דיגע װעלט, פֿאַר װעלכער איך האָב זיך געשראָקען.
אָנװײַזען מיט'ן פֿינגער אױפֿ'ן הימעל האָט מען ניט געטאָרט; „ס'װעט אַראָפּשפּרינגען אַן אײַזערנע קאַץ און אָפּבײַסען דעם פֿינגער". אַלזאָ, פֿלעג איך זיך פֿאָרשטעלען אַ בײַזע קאַץ װי זי שפּרינגט פֿון הימעל. דאָס איז אין מײַן מוח געװען צוזאַמענגעפֿלאַנטערט מיט דער געטליכער געהײמניס.
איך געדענק דעם בית־המדרש מיט אַ געסעל װאָס פֿיהרט צו איהם פֿון דער הױפּט גאַס.
איך געדענק װי שׂמחת תורה טראָגט מײַן פֿאָטער מיר צו די הקפֿות. איך געדענק מײַן פּאַפּירענע „פֿאָהנע" מיט די פֿיגורען, מיט די געלע מער, װאָס איז אַרױפֿגעשטעקט אױפֿ'ן שפּיץ פֿון דעם שטעקעל צו דינען אַלס אַ ליכטערעל. אין מײַן זכרון איז פֿאַרבליבען די סצענע װי די ליכט ברענט ניט, אָדער עפּעס אַן אַנדער צרה האָט געטראָפֿען מיט דער פֿאָהנע. די סצענע אָבער בײַ די הקפֿות גופֿא געדענק איך ניט.
איך געדענק ר' בערעלע'ן, דעם רב פֿון שטעדטעל, מיט זײַן גרױע, געדיכטע, קײַלעכדיגע באָרד, און ר' ליפֿע'ן, זײַן אײדעם, מיט אַ באָרד שװאַרץ װי זשוק, און ר' ליפֿע'ס װײַב, בײלע דװאָסע'ן, װעלכע האָט געהאַט אַ שפּײַז קרעמעל ניט װײַט פֿון דעם ברונעם. ר' ליפֿע איז געװען מײַן טאַטען'ס אַ שװעסטערקינד. אין פּאָדברעזע האָב איך דאָס אָבער ניט פֿאַרשטאַנען. 28זײַער פֿאַרװאַנדשאַפֿט האָב איך ענטדעקט ערשט שפּעטער, װען מיר האָבען שױן געװאוינט אין װילנא.
די אידען אין פּאָדברעזע זײַנען געװען װי די אידען פֿון אַלע אַזעלכע שטעדטעלעך: כּמעט אַלע אָרעמע לײַט. עס זײַנען געװען נאָר אַ פּאָר באַלעבאַטישע פֿאַמיליעס. דאָס האָב איך געקומען באַגרײַפֿען אָדער פֿיהלען, װען איך בין נאָך געװען נאָר אַ קינד.
דעם זוהן פֿון אײנער פֿון די רײַכערע משפּחות האָט מען גערופֿען „יאַקאָב", און איך האָב געװאוסט אַז דאָס איז אַן „אַריסטאָקראַטישער" נאָמען.
איך געדענק אַ קרעמער מיט'ן נאָמען העשעל, אַ איד מיט אַ רױטליכער באָרד און מיט אַ שעהנעם פּנים. זײַן פֿרױ איז ניט געװען בײַם זינען. און איך געדענק װי מען האָט דערצעהלט פֿאַרשידענע מעשׂיות װעגען איהר. אײנמאָל, צום בײַשפּיל, האָט זי גענומען שימקען, איהר אינגעלע, װעלכער איז דאַן אַלט געװען עטליכע מאָנאַט, איהם אַרײַנגעשפּאַרט אין אַ טאָפּ מיט פֿעדערען, און דעם טאָפּ אַרױפֿגעשטעלט אין דער הױך אױף אַ פּאָליצע. איצט איז שימקע שױן געװען אַ היבשער אינגעל. ער איז געװען מיט אַ פּאָר יאָהר עלטער פֿאַר מיר. ער איז געװען עהנליך צו זײַן פֿאָטער, און איך האָב איהם געהאַלטען פֿאַר דעם שעהנסטען אינגעל אין פּאָדברעזע.
װאָס איז מײַן ערשטע עראינערונג װעגען קריסטען? ריכטיגער געזאָגט, װעגען מײַנע געפֿיהלען צו זײ? איך האָב געזעהן, אַז זײ זײַנען ניט אַזעלכע מענשען װי מיר; אַז אידען זײַנען אײן זאַך און זײ — גאָר אַן אַנדער זאַך (װען איך האָב דאָס אָנגעהױבען אָפּצושאַצען, קען איך ניט באַשטימען). איך האָב געזעהן, אַז זײ האַלטען ניט שבת; אַז זײ האָבען ניט קײן חדרים; און איך האָב געװאוסט אַז זײער קלױסטער האַלטען אידען פֿאַר אַ שלעכטע, שרעקליכע זאַך.
דער אַלגעמײנער באַגריף װעגען גױם איז אין מײַן מאַרך פֿון 29אימער אָן געװען פֿאַרבונדען מיט מײַן אונדײַטליכען באַגריף װעגען דער רעגירונגס-מאַכט. דער שעהנער, שרעקליכער קאַזואַנסקי איז געװען אַ גוי. אַלע גױם זײַנען געװען שרעקליך. אַז גױם האָט מען אױך גענומען פֿאַר סאָלדאַטען האָב איך ניט געװאוסט. איך האָב געמײנט, אַז שרעקליכע זאַכען טוט מען נאָר אָן אידען.
אין מײַן זכרון זעה איך בולט די פֿאָלגענדע סצענע: מײַן מאַמע טראָגט אַ טעפּעלע געקאַכטס צו אַ אידישען רעקרוט און זי נעמט מיך מיט. דעם רעקרוט האָט מען געהאַלטען אין אַ פּריװאַט-הױז, װאו ער איז געװען געשמידט אין קײטען. לעבען איהם האָט זיך שטענדיג געפֿונען אַ װעכטער. דער רעקרוט איז געװען אַ דאַרער, אַ הױכער, מיט שװאַרצע האָר. איך געדענק דעם קלאַנג פֿון זײַנע קײטען און זײַן פֿאַרטרױערטען פּנים. איך געדענק װי ער רױכערט אַ לולקע (ער האָט גערױכערט זעהר פֿיל, און פֿיל געפֿאַסט, כּדי זיך צו „פֿאַרמאַרען", מען זאָל איהם פֿאַרבראַקירען). איך האָב געפֿיהלט אַ טיפֿען רחמנות אױף איהם, און איך האָב געװאוסט, אַז עס איז פֿאַראַן עפּעס אַ שלעכטע מאַכט, װאָס פּײַניגט איהם. און די דאָזיגע מאַכט איז אין מײַן געדאַנק געװען צוזאַמענגעבונדען מיט אַלע גױם בכלל.
װען איך בין אַלט געװען פֿינף יאָהר, האָט אין שטעדטעל געפּראַװעט מיט אַ „ניט-גוטען". ס'איז געװען פֿאַר פּסח. בײַם מצה-באַקען האָבען געפּלאַצט שױבען, און מ'האָט ניט געקענט געפֿינען קײן שולדיגען. אַזױ אַ טאָג נאָך אַ טאָג. פּאָדברעזע איז געגאַנגען כאָדאָראָם. ענדליך האָט מען דעם „ניט-גוטען" געכאַפּט: אַ מײדעלע מיט'ן נאָמען לאה'קע. זיצענדיג אױפֿ'ן אױװען מיט אַ קינד אױפֿ'ן שױס, האָט זי פֿלינק געװאָרפֿען שטײנדלעך אין פֿענסטער. מ'האָט ניט אױפֿגעהערט צו רײדען װעגען דעם, און איך האָב זיך צוגעהערט מיט שרעק און מיט דראַמאַטישען אינטערעס.
פֿון לאה'קען איז אױסגעװאַקסען אַ סימפּאַטישע, בכּבוד'ע פֿרױ, נאָר שטילינקערהײט פֿלעגט מען אימער אַ זאָג טאָן: „דאָס איז לאה'קע די שד'יכע".
30אין שטוב האָט זיך גענומען טומלען. דער געװעהנליכער לעבען איז צושטערט געװאָרען. איך האָב אַלע װײַלע געהערט די װערטער „װילנא", „אריה לײב", „שניאור", „שענק", „פּאָדװאָל", „מלמדות", „אַ פֿינסטערע פּרנסה", „פֿײגע".
מען האָט זיך אָנגעהױבען פּאַקען.
מען האָט מיר געגעבען צו פֿאַרשטעהן, אַז מיר פֿאָהרען אױף אימער אַרױס פֿון פּאָדברעזע; אַז אונזער הײם װעט איצט שױן זײַן אין װילנא, אין דער גרױסער שטאָדט, װאו עס װאוינט די מוהמע פֿײגע און דער „אַנדער" זײדע, דאָס הײסט, מײַן מוטער'ס פֿאָטער.
איך געדענק יענע טײל פֿון אונזער רײַזע נאָך װילנא, װען די פֿוהר האָט שױן געהאַלטען נאָהענט צום שטאָדט. פֿון װײַטען האָב איך געזעהן שעהנע, געקאָלירטע, הױכע קוימענס אָדער זײַלען. זײ װאַקסען אָבער ניט אַרױס פֿון דעכער, נאָר פֿון דער ערד. אַ סך קוימענס אָדער זײַלען אַזעלכע — רױטע, ברױנע, גרינע, גאָלד-געלע. אַזױ האָט אין מײַנע אונערפֿאַרענע אױגען די שטאָדט אױסגעזעהן פֿון װײַטען.
װי אַזױ ערקלעהרט זיך דער פֿאַנטאַסטישער בילד? — די פֿראַגע האָט מיר אינטערעסירט דעם גאַנצען לעבען.
מיר זײַנען צוגעפֿאָהרען אין אַ שפּעטען נאָכמיטאָג. הינטער'ן שטאָדט האָבען זיך געזעהן טורעמלעך מיט רעליגיעזע בילדער, קלױסטערס און קלױסטערלעך; עס האָבען זיך געזעהן קאַסציאַלען מיט גרינע דעכער און סאַבאָרען מיט גרינע אָדער גילדערנע דעכער. און װער קען ערקלעהרען דעם צױבער-שפּיל אין אַ קינדערשען מוח, װען פֿאָרמען און קאָלירען שפּיגלען זיך דורך דעם געהײמניספֿולען טומאַן פֿון אַ זון-אונטערגאַנג?
[ז׳ 15] דאָרטען איז דאָס געװען די פֿאַרשלאָגענע טיר.
[ז׳ 19] דאָס הײסט נאָר אַז די משפּחה אין רוסלאַנד האָט פֿון איהם קײן מאָל ניט געהערט. אין אַ װײַטערען באַנד פֿון דיזע עראינערונגען, מיט פֿילע יאָהרען שפּעטער, װעלען מיר זיך מיט איהם װידער טרעפֿען.
[ז׳ 26] אַ בחור, װאָס פֿלעגט זיך פֿאַרקױפֿען צו דינען. אין דער אידישער קהל פֿון יעדער שטאָט אָדער שטעטעל פֿלעגט מען מוזען צושטעלען אַ באַשטימטע צאָל רעקרוטען, לױט דער צאָל פֿאַרשריבענע זכרים. פֿלעגט מען (קהל אָדער פּריװאַטע מענשען) אַ טײל פֿון זײ קױפֿען, און אַ טײל אײנפֿאַך כאַפּען און האַלטען הינטער שלאָס און ריגעל ביז מען פֿלעגט זײ „אָפּגעבען". עס זײַנען געװען ספּעציעלע אידישע „כאַפּערס".