בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

צװײטער קאַפּיטל

ערשטע יאָהרען אין װילנא

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 31–83), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 31 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
1
געהענדיג פֿון טונעל. — דער ערשטער אײַנדרוק.

31עראינערונגען אָן די ערשטע יאָהרען פֿון אַ לעבען זײַנען עהנליך צו די ערפֿאַהרונגען פֿון אײנעם װאָס גײהט פֿון אַ טונעל. ער הױבט אָן עפּעס צו זעהן, אָבער צוערשט זעהר דונקעל. אַ כמאַרע רינגעלט איהם אַרום, און דורך דער כמאַרע קוקט ער אױף די װעלט. ער זעהט װעניג געגענשטאַנדען. דאָ און דאָרטען איז אײן ציגעל װײַסער אָפּגעקאַלעכט װי די אַנדערע. אַן אײַזערנער קלאַמער שטעקט אַרױס אָדער אַ שטיקעל סופֿיט װאַרפֿט זיך אין די אױגען. װאָס װײַטער ער גײהט, אַלץ ליכטיגער װערט איהם. עס זעהען זיך מעהר ציגעל, און זײ זײַנען קלעהרער. ענדליך קומט ער אַרױס אױף דער װײַסער װעלט. אַלץ איז ליכטיג.

מײַן טונעל ענדיגט זיך אַ פֿאַר יאָהר נאָך דעם װי מיר זײַנען געקומען קײן װילנא. מײַנע ערשטע צװױי יאָהר אין װילנא זײַנען אין מײַן געדאַנקען שױן אױך קלאָהר, אָבער ניט אַבסאָלוט קלאָהר. אײניגע פּנים'ער און סצענעס זײַנען העל, אָבער נאָר אײניגע, און די פֿאַר יאָהר אין אַלגעמײן זײַנען פֿאַרצױגען מיט אַ לײַכטען נעבעל.

װען מײַן זכרון שטעלט זיך אָפּ בײַ דיזען פּונקט, און איך קוק צוריק, צו דעם ערשטען יאָהר אין װילנא, און דאַן װײַטער צוריק — קײן פּאָדברעזע — װערט דער טונעל אַלץ דונקעלער32און דונקעלער, ביז מײַן זכרון-בליק װערט פֿאַרלאָרען אין אַ שװאַרצען תהום.

װאָס איז װײַטער? איך װײס ניט. ס'איז פֿינסטער, אַבסאָלוט פֿינסטער. מען קען גאָרניט זעהן.

דער ערשטער אײַנדרוק, װאָס איך געדענק פֿון װילנא, ניט פֿון װײַטען, נאָר פֿון אינװײניג, אין שטעדטל, איז שייך צו איהר ריח. ער איז פֿאַר מיר געװען פֿרעמד און אָנגענעהם. די לופֿט איז דאָרטען פֿיל אַנדערש װי אין פּאָדברעזע; און פֿון מײַן מאַמען האָב איך געירשענט אַ שאַרפֿען חוש הריח, האָב איך דעם אונטערשייד געפֿעהלט זעהר שטאַרק.

פּאָדברעזע איז אַ גאַנץ קלײנע שטעדטעלע, און װאו מען טוט זיך אַ קעהר איז אַ גאָרטען אָדער אַ לאָנקע, און עטליכע טרים פֿון אונזער שטוב איז שױן „הינטער'ן שטעדטל". דער הימעל איז ברײט, די ערד איז ניט פֿאַרדעקט, און די לופֿט איז פֿריש; איהר אָטעם איז פֿריש. און דאָ אין װילנא ציהען זיך גאַסען און גאַסען, די הײַזער זײַנען דורכאױס מױערן, און אַלע זעהר הױכע — אַזױ האָבען זײ מיר אױסגעזעהען; די ערד איז אינגאַנצען פֿאַרברוקירט, אַלץ איז פֿאַרמױערט, פֿאַרצאַמט, פֿאַרשפּאַרט.

קײן בלומען-בײטען איז ניט געװען. פֿון אַזעלכע זאַכען האָב איך ניט געװאוסט. איך האָב נאָר געװאוסט, אַז פֿון די הױפֿען טראָגט זיך אַ שלעכטער גערוך, און איך האָב געפֿיהלט אַז די לופֿט קען איהם נישט אױסטראָגען. מיר האָט זיך געדוכט, אַז אין די גרױע שטײנערנע פֿון דעם בּרוק און אין די געלבליך-פֿאַרגרינטע װענט פֿון די מױערען איז פֿאַרקראָכן דער שװערער גערוך פֿון די הױפֿען.

די גרױסע שטאָדט, די געמױערטע און אױסגעברוקירטע, האָט אין מיר אַרױסגערופֿען עהרפֿורכט. און װען איך דערמאָן זיך גוט מײַן דאַמאָלסדיגע שטימונג, זעה איך, אַז די אונצופֿרידענהייט פֿון מײַן חוש הריח האָט דער דאָזיגער עהרפֿורכט ניט געשטערט. װילנא האָט מיר אי געשראָקען, אי באַצױבערט.

2
דער פֿעטער אריה לײב און דער פֿעטער שניאור. — אַ פּאָדװאַל מיט אַ שענק. — דער מערקעל, און דער געגענד.

33אין װילנא האָבען אונז אַראָפּגעבראַכט מײַן מאַמע'ם צװױי פֿעטערס — דער פֿעטער אריה לײב און דער פֿעטער שניאור. זײ זײַנען געװען ברידער, און זײַער פֿאַמיליען-נאָמען איז געװען אַנאָליק. מײַן מוטער'ס מוטער, װעלכע איז געשטאָרבען אײדער איך בין געבאָרען געװאָרען, איז געװען זײַערע אַ שװעסטער. עטליכע מײל פֿון װילנא, אין אַשמיאַנער אױיעזד, האָבען זײ געהאַט צװױי בראָנפֿן-ברױזער, און אין װילנא האָבען זײ געהאַט אַ „פּאָדװאַל" (אַן אַגולנעם בראָנפֿן-געשעפֿט) מיט אַ שענק צוזאַמען. האָבען זײ אַריבערגעבראַכט מײַנע עלטערען צו פֿיהרען דעם שענק. זײ האָבען מײַן מוטער געליבט, האָבען זײ געװאָלט איהר באַפֿרײַען פֿון זײַן אַ מלמדתטע.

אַ גרױסען טײל האָט אין דעם פּלאַן געהאַט מײַן מאַמע'ם טרײַע שװעסטער, פֿײגע. זי האָט די צװױי פֿעטערס צוגעגעבען חשק אונז אַראָפּצוברענגען. און זי האָט דערבײַ געהאַט אין זינען ניט נאָר צו פֿאַרגרינגערען איהר שװאָגער'ם פּרנסה, נאָר אױך צו האָבען מײַן מוטער לעבען זיך. זײ זײַנען געװען שטאַרק צוגעבונדען אײנע צו דער אַנדערער.

אריה לײב איז געװען דער עלטערער פֿון די צװױי ברידער, און ער איז געװען דער הױפּט בעל הבית פֿון די אַלע געשעפֿטען. װאָס פֿאַר אַ פֿינאַנציעלע באַציהונגען עס האָבען צװױשען זײ עקזיסטירט, בין איך געװען צו יונג צו פֿאַרשטעהן.

אריה לײב איז מסתּמא געװען אַ איד פֿון אַ יאָהר פֿופֿציג, מיט אַ טונקעלן פּנים, און גרױע האָר. ער האָט געהאַט אַ קלוגען שמייכעל און פֿלעגט אָפֿט צופּינטלען מיט אײן אױג. שניאור האָט געהאַט בלאָנדע האָר מיט אַ נידריכטער בלאָנדער באָרד. ער האָט געהאַט אַ טבֿע אַ הױב צו טאָן די אױבערשטע ליפ אױף אַ געװױסען שטײגער. אַ שמייכעל האָט ער געהאַט אַ קלוגען, אַ ליכטיגערען און אַ פֿרעהליכערען װי זײַן עלטערער34ברודער. ער איז אינגאַנצען געװען פֿרעהליכער, און סימפּאַטישער אױך. הנאה האָבען פֿון לעבען האָבען זײ בײדע ליב געהאַט, און פֿרום זײַנען זײ בײדע ניט געװען. אריה לײב איז געװען כיטרער, צוריקגעהאַלטענער, װעניגער אױפֿריכטיג. שניאור האָט גערעדט מעהר, געמאַכט מעהר שפּאַס און געהוליעט אָפֿענער. מײַן מאַמע פֿלעגט שניאור'ן רופֿען אײנפֿאַך „שניאור" און איהם זאָגען „דו". אריה לײב'ן אָבער, װעלכער איז געװען פֿיל עלטער פֿון איהר, פֿלעגט זי רופֿען „פֿעטער" און איהם „איהרצען". שניאור איז מיר גלײַך געפֿעלען געװאָרען. פֿאַר אריה לײב'ן האָב איך מורא געהאַט.

דער פּאָדװאַל און דער שענק און אונזער דירה זײַנען געװען אין שבח זשירמונסקי'ם הױף, װאו עס הױבט זיך אָן קלײן סטעפֿאַן גאַס. דאָרטען האָב איך פֿאַרבראַכט מײַנע קינדער-יאָהרען, פֿון דעם 6טען ביז דעם 14טען.

דער הױף שטעהט נאָך איצט, נאָר ער רופֿט זיך אַנדערש. ער געפֿינט זיך אױפֿ'ן ראָג קלײן-סטעפֿאַן גאַס און אַ קלײנעם זאַװאוליקעל, װעלכער האָט אױף רוסיש געהײסען „קװאַסנאַי פּערעאולאָק" — אַ נאָמען, װעלכען אידען האָבען ניט געברױכט. זײ פֿלעגען איהם רופֿען „שלמה קיסין'ם זאַװאוליק", אָדער „בײַ דער שחיטה שטיבעל".

דער פּלאַץ איז אַ גאַנץ לעבעדיגער. עס איז אַ סקװער, אַ „מערקעל", װי מען פֿלעגט דאָס רופֿען; אױסער קלײן-סטעפֿאַן גאַס פֿאַנגט זיך דאָ אָן גרױס-סטעפֿאַן גאַס און רודניצקער גאַס; און עס געהט דורך די ברײטע זאַװאלנע גאַס. אױפֿ'ן מערקעל זײַנען געשטאַנען אָרימע „גאַס-מענטשען" מיט זײַערע גרױסע צװױ-רעדערדיגע װעגענלעך. דערפֿאַר אָבער האָט מען זיך גלײַך דערבײַ געפֿונען אַ בלישטשענדיגע אַפּטייק און אַ בודקע פֿון סאָדע-װאַסער.

דער אַפּטייק איז געװען אױף אַ ראָג פֿון זאַװאלנע אין אַ גרױסען, װײַסען מױער, װאו עס האָט געװאױנט אַ גענעראל. װײַטער איז דער געגענד געװען דורכאױס אַ אידישער. דער אַפּטייקער און זײַנע אָנגעשטעלטע זײַנען אױך געװען אידען, אָבער געגאָלטע35און הײַנטיג-געקלײדעטע, און איך פֿלעג פֿאַר זײ האָבען דעם זעלבען סאָרט אָפּשײַ װי פֿאַר דעם גענעראל מיט זײַן פֿאַמיליע. איך געדענק ניט װי די קריסטליכע משפּחה האָט אױסגעזעהן. איך געדענק נאָר די קלאַנגען פֿון אַ פּיאַנע װאָס פֿלעגט זיך אָפֿט הערען פֿון זײַערע פֿענסטער; אָדער פֿון אַ קאַטערינקע װאָס אָפֿט פֿלעגט זיך אָפּשטעלען שפּילען פֿאַר זײ. אַמאָל פֿלעגט בײַ דער פֿאָרעדנער טיר זיך אָפּשטעלען אַ קאַרעטע.

דער װײַסער מױער מיט זײַן שעהנער גרױסער טיר איז געשטאַנען פּונקט אַנטקעגענען אונזער שענק — אפֿשר דרײַסיג טרים פֿון אונז. און דאָ, װען איך װאָלט זיך געפֿינען פֿאַר טױזענט מײל, און איך זאָל הערען זינגען, װאָלט ער ניט געקאָנט זײַן װײַטער פֿון מיר, װי ער איז דאַן געװען.

די קאָרעטעס װאָס פֿלעגען צופֿאַהרען צום גענעראל'ס װאוינונג, זײַנען געװען אַ זעלטענע אױסנאַהמע. אַזױ איז דאָס געװען אַ געגענד פֿון אָרעמישע פֿוהרען, און פֿון גרױסע משא-װעגענער. אַ דראָזשקע פֿלעגט אױך זעלטען דורכפֿאָהרען.

עטליכע טרים פֿון דעם װײַסען מױער, אױף סטראַשונער'ם הױף, איז געװען אַ געשעפֿט פֿון הערינג און אַ געשעפֿט פֿון רעדער און פֿון דזשעגעכץ. און עטליכע טרים אין אַנדערע ריכטונגען — אַ מעהל קראָם, אַ קראָם פֿון האָבער און הײ, רימאַרסקע קראָמען, קלײטען פֿון גראָבע זאַלץ און טיטון און פֿון אַנדערע סחורות פֿאַר'ן דאָרפֿישען געברױך.

װי פֿילע אײראָפּעאישע הױפֿען, איז שבח זשירמונסקי'ם הױף באַשטאַנען פֿון צװױי טײלען: אַ דונקעלען מיט אַ סופֿיט, און אַ ליכטיגען אַנטקעגן; פֿרײַען הימעל. װען מען האָט געזאָגט „דער טױער", האָט מען געמײנט דעם טױער צוזאַמען מיט דעם דונקעלער טײל פֿון דעם הױף.

אונזער שענק האָט געהאַט צװױי טירען: אײנע אין גאַס אױפֿ'ן מערקעל, און די צװױיטע — „אין טױער". אַהין זײַנען אױך אַרױסגעקומען די צװױי פֿענסטער פֿון אונזער שפּעלונקע, װעלכע איז געװען נעקסט צום שענק.

אין שפּעלונקע איז געװען כּמעט פֿינסטער. אַ חוץ די בעטען, איז געשטאַנען דער מאַמע'ס קאַמאָד, אױף װעלכען זי האָט אין36מיטען, װאו זי האָט געהאַלטען איהרע ליכטער. געגעסען האָבען מיר אין שענק גופֿא. פֿרײַטאָג פֿאַרנאַכט פֿלעגט זי די ליכטער אױפֿשטעלען אױף די צװױי טישען װאָס זײַנען געשטאַנען אין שענק (אַ חוץ דעם „שעמער"-טיש, װאו מען פֿלעגט דערלאַנגען די בראָנפֿען און עס איז געלעגען צובײַסען). די מאַמע פֿלעגט דאָרטען בענטשען ליכט, און דאַן פֿלעגט דער שענק-צימער װערען אין גאַנצען אַ טײל פֿון אונזער װאוינונג. טאָמער פֿלעגט אימעצער אַרײַנקומען מאַכען אַ שנאַפּס, און מען האָט איהם געקענט געטרױיען, האָט מען איהם געגעבען אױף באָרג. אױב ניט, פֿלעגט ער מוזען לאָזען אַ משכּן; קײן געלט פֿלעגט מען שבת, נאַטירליך, ניט גענומען.

די שפּעלניע איז געװען מיט אַ טרעפּעלע העכער װי דער שענק. נאָך דער שפּעלניע איז געװען אַ „פֿירהױז", און נעקסט צום „פֿירהױז" — דער פֿאָדװאַל: אַ קלײנער צימער פֿול מיט בראָנפֿען-לופֿט און מיט אַ פֿאָר גרױסע פֿעסער בײַם װאַנט.

דאָס איז געװען מײַן הײם. אָבער פֿינקטליך רײדנדיג, קען איך דעם פֿאָדװאַל אין מײַן הײם ניט אַרײַנרעכענען. דאָרטען האָט רעגירט דער אונפֿרײַנדליכער פֿעטער אריה לײב און זײַנע פֿאָרשטעהער. דער טאַטע פֿלעגט מיר אַמאָל אַרײַננעהמען אַהין. פֿרײַ האָב איך זיך דאָרטען אָבער קײנמאָל ניט געפֿיהלט. דער פֿאָדװאַל און דער „פֿירהױז" זײַנען בײַ מיר געװען װי אַ מדינה אױף יענער זײַט גרענעץ.

3
מײַן בלױער כּוס. — דער װילנער לשון.

מיר זײַנען אָנגעקומען קײן װילנא אַ װאָך פֿאַר פּסח, און איך געדענק װי דער טאַטע מיט דער מאַמען האָבען אַרױסגענומען די פּסח'דיגע כּלים, װאָס זײ האָבען מיטגעבראַכט פֿון פּאָדברעזע. אַם בעסטען געדענק איך מײַן כּוס. אַן אײנפֿאַכע נידעריגע גלעזל,37אַ בלױע. דער שטיקעל קאָליר זעהט זיך דײַטליך אױף דעם הינטערגרונד פֿון אַלע מײַנע ערשטע עראינערונגען.

דעם ערשטען סדר, װאָס דער טאַטע האָט געפֿירט, געדענק איך ניט, נאָר װי מען האָט אַרױסגענומען די כּלים פֿאַר פּסח. די צײַט בשעת מען האָט אַרױסגענומען די פּסח'דיגע כּלים, און װי די מאַמע האָט מיט אַ ליבע װאָרט מיר דערלאַנגט מײַן בלױע גלעזעלע — דאָס זעה איך אױך פֿאַר די אױגען.

צוזאַמען מיט דעם סצענע געדענק איך אַ קלאַנג פֿון מײַנע עלטערען און זײַער שטימונג אין יענע װאָכען. אַ געפֿיהל פֿון אָפּהענגיגקײט האָט זיך געמערקט אין זײַער האַלטונג, אין זײַער אױסדרוק, אין זײַערע רײד. קינדער שפּירען אַזעלכע זאַכען. און איך געדענק גאַנץ גוט, װי זײַער געמיט פֿלעגט זיך אָפּרופֿען אױף מיר.

עס איז מסתּמא געװען אַ פֿראַגע װי װײַט מײַן טאַטע און מאַמע האָבען ערפֿאַלגען מיט'ן „שענק", צי זײ „לײזען" גענוג. איך געדענק װי זײ פֿלעגען זיך צוטראָגען. אין אַזעלכע צײַטען פֿלעג איך דעם פֿעטער אריה לײב פֿײנט האָבען װי אַ מערדער.

נאָך אײנע פֿון מײַנע ערשטע עראינערונגען װעגען װילנא איז שייך צו דעם לשון. איך האָב גלײַך באַמערקט אונטערשידען צװױשען פּאָדברעזער אידיש און די אידיש פֿון מײַן נײַער הײם.

פּאָדברעזע איז נאָר 28 װיאָרסט פֿון װילנא. װען עס װאָלט געװען אַ באַהן, װאָלט מען געקאָנט קומען אַהין אין אַ האַלבע שטונדע; און אין פּאָדברעזע רעדט מען אידיש װי אין װילנא, מיט דיזעלבע „סין'ען", מיט דיזעלבע װײַכע „רײש'ען", מיט דיזעלבע נגונים. אָבער עטליכע װערטער און פֿראַזען האָבען אין װילנא געקלונגען פֿרעמד. אין אַ גרױסער שטאָדט זײַנען פֿאַראַן אױסדריקען, װערטער, װעלכע די קלײנע שטעדטלעך געברױכען ניט. דער לעבען איז דאָרטען ברײטער און ער פֿאָדערט אַ רײכערע שפּראַך. מעהר װי אַלץ געדענק איך דעם אױסדרוק: „ס'געהערט38„אַ געשיכטע!" אָדער: „װי געפֿעלט אײך אַזאַ געשיכטע!" איך האָב דאָס פֿריהער קײן מאָל ניט געהערט.

אַנדערע װערטער זײַנען געװען סתּם געװען אַנדערש. צום בײַשפּיל: װען איך האָב געזאָגט „אַרבעס-סטראָטשטשעס" האָט מען פֿון מיר געלאַכט. אין װילנא האָט מען געזאָגט „אַרבעס-שיטמען".

אין װילנא רעדט מען דעם װאָרט „ברױיט" אַרױס ריכטיג; אין פּאָדברעזע אָבער פֿלעגט מען זאָגען „בריט". און דאָס שטימט בעסער מיט דעם כאַראַקטער פֿון דער ליטװישער אױסשפּראַך. אין דעם װילנער לשון, װאו „משה" װערט אױסגערעדט „מײסע", און װאו מען זאָגט „װײניגען" אַנשטאָט „װאוינען", „ניט" אַנשטאָט „נוט", איז „ברױיט" אַ זאָנדערבאַרע אױסנאַהמע. אין פּאָדברעזע האָט מען דיזע אױסנאַהמע ניט געמאַכט.

מען האָט געזאָגט אַז איך בין אַ „ניט-היגער", פֿון „ניט הי". אין פּאָדברעזע האָב איך אַזעלכע אױסדריקען איבערהױפּט ניט געהערט — װאהרשײַנליך װײַל עס קומט זײ ניט אױס צו געברױכען. מען קען יעדען װאָס װאױנט דאָרטען, און אַז עס באַװײַזט זיך אַ פֿרעמדער איז גאַנץ איבעריג דאָס צו זאָגען.

אין װילנא האָט זיך אַזױ אױסגעאַרבײט, אַז מיט די װערטער „פֿון ניט הי" האָט מען געמײנט: „פֿון אַ קלײן שטעדטעל". אַזױ װי „ניט-היגער", אַ „ישובֿניק" — אַ נידעריגערע באַשעפֿעניש. דאָס האָט צוגעגעבען צו מײַן נידערגעשלאַגענקײט.

אָבער אַ קינד נעמט גלײַך אַריבער די שפּראַך, װאָס רינגעלט איהם אַרום. ער נעמט איהר אַריבער מיט אַלע אײַנצעלהײטען, מיט די דעליקאַטעסטע אײַנצעלהײטען. אַלזאָ, האָב איך באַלד גענומען רײַדען אױף דעם עכטען װילנער שטײגער. איך בין געװאָרען אַ „היגער".

מײַן פֿאָטער, װעלכער איז געבאָרען געװאָרען אין אַ קלײן שטעדטעלע לעבען װילנא, פֿלעגט זאָגען „ברײט", און איך און מײַן מוטער, װעלכע איז געװען אַ געבאָרענע װילנערקע, פֿלעגען זאָגען „בּרױט". װען אימעצער האָט גערעדט עטװאָס אַנדערש װי מען רעדט אין װילנא, פֿלעג איך דאָס גלײַך פֿיהלען.

4
מײַן ערשטער חדר אין װילנא. — דער פֿעטער מענדע.

39גלײַך נאָך פּסח האָט מען מיר אַװעקגעפֿיהרט אין אַ חדר. מײַן ערשטער רבי אין װילנא איז געװען מײַן טאַטע'ם אַ עלטערער ברודער, דער פֿעטער מענדע — אַ הױכער, װי מײַן פּאַפּאַ, נאָר העכער, דאַר זיך, און עהנליך צו איהם; נאָר אַ שטילערער מענש.

די שטאַרקסטע אײַנדריקען, װאָס זײַנען בײַ מיר פֿאַרבליבען פֿון דיזען חדר, איז די שרעקליכע אָרימקײט, װאָס האָט דאַ אין איהם געהערשט, און די פֿיגור פֿון מײַן פֿעטער'ם פֿרױ, װי זי קומט פֿון גאַס מיט אַ טעפּעלע אונטער'ן אָרעם. זי איז געװען אַ טענדלערקע (פּעדלערקע). זי איז אומגעגאַנגען פֿאַרקױפֿען עפּעס. װאָס — האָב איך קײנמאָל ניט געװאוסט. אין אונזער פֿאַמיליע האָט זי געהאַט אַ שם פֿאַר אַ זעהר שלעכטע. זי איז בײַ מײַן פֿעטער געװען די צװױיטע פֿרױ,

זי האָט געהאַט אַ שטיף-טאָכטער, „סאַטשעל", זײַן מײדעלע פֿון דער ערשטער פֿרױ (דאָס איז דאָס זעלבע מײדעלע, װאָס איז צו אונז געקומען קײן פּאָדברעזע מיט מײַן שעהנער מומע זעלדען). איך האָב מעהר װי אײן מאָל געזעהן װי זי װאַרפֿט סאַטשעל'ן אַנידער אױף דער ערד און טרעט איהר אונטער די פֿיס.

זי איז ניט געװען קײן מיאוס'ע פֿרױ. זי האָט געהאַט רעגעלמעסיגע געזיכטס-שטריכען און רױטע באַקען. מיר האָט זיך אָבער געדוכט, אַז איהר פּנים איז פֿול מיט רציחות, און אַז דער קאָליר פֿון איהרע באַקען איז די רױטיגקײט פֿון אַ גזלן; װאָרים אָהן רױטע באַקען פֿלעג איך זיך אַ גזלן ניט פֿאָרשטעלען.

סאַטשעל האָט אימער אױסגעזעהן צושראָקען.

דער חדר איז געװען אױפֿ'ן פֿערטען פֿלאָר אין לײב-לײזער'ם הױף, אױף דער אידישער גאַס, אײנער פֿון די גרעסטע און אָרימסטע הױפֿען אין שטאָדט. די פֿיר עטאַזש טרעפּ זײַנען געװען פֿינסטערע; די פֿירהױז, דורך װעלכען מען איז אַרײַנגעקומען אין40חדר, איז געװען אַבסאָלוט פֿינסטער. מען פֿלעגט מוזען אָנטאַפֿען די טיר.

זעלקע, סאַסקע'ס עלטערער ברודער, האָט דאָרטען אַמאָל צוקלעװעטשט אַ שטיקעל ליכט אױפֿ'ן פּאָדלאָגע. ער האָט דאָס געטאָן אין אַ מאָמענט, װען זײַן שטיף-מאַמע איז געװען גרײט אַרױסצוגעהן מיט איהר קעסטעלע; און זײַן פּלאַן איז דורכגעפֿיהרט געװאָרען: זי האָט אױסגעגליטשט און איז געפֿאַלען. ער אַלײן האָט בײַ זײַן פֿעטער ניט געװאוינט. ער האָט געגעסען און געשלאָפֿען בײַ מײנ'ס אַן אַנדער פֿעטער, בײַ װעמען ער האָט זיך געלערענט שמוקלערײַ.

מײַן פֿעטער מענדע'ס פֿרױ האָט געהײסען גנעסע, אָבער ער האָט איהר אימער גערופֿען „גנעסקע". אַזױ האָבען זײיערע װײַבער גערופֿען שוסטער אָדער בעל-עגלה'ס. פֿאַרװאָס דער פֿעטער מענדע, אַ רב'ס אַ זוהן, האָט אַזױ גערופֿען זײַן װײַב, װײס איך ניט. איך װײס, אַז זײַן ערשטע פֿרױ האָט ער אַזױ ניט גערופֿען. װען אַן אָרימאַן, אַן אַלמן מיט קינדער, הײראַט אַ צװױיטען מאָל, טוט ער געװעהנליך אַ שידוך מיט אַ געזעלשאַפֿטליכען שטאַפֿעל נידעריגער. מסתּמא איז גנעסע צו איהם געקומען פֿון אַ משפּחה, װאו די מענער רופֿען די פֿרױען מיט אַ „קע".

אױף דעם פֿעטער מענדע'ס פֿרױ האָט מען בײַ אונז געקוקט פֿון אױבען-אַראָפּ, און דאָס װאָס זי פֿלעגט שלאָגען סאַטשעל'ן האָט איהר געמאַכט פֿאַר אַ טײװעל אין מײַנע אױגען. זי פֿלעגט צו אונז קײנמאָל ניט קומען. דער פֿעטער מענדע פֿלעגט קומען אַלײן. דאָס איז געװען דער שטאַנדפּונקט פֿון מײַנע עלטערען.

זי װאָלט מסתּמא געהאַט צו דערצעהלען אַ סך אַנדער געשיכטע. אין שפּעטערע יאָהרען, װען איך פֿלעג זיך דערמאָנען מײַנע ערשטע דורכלעבונגען אין װילנא, פֿלעגט איהר פֿיגור אין מיר אַרױסרופֿען אַ געפֿיהל פֿון רחמנות. איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען איהר שװערען קאַמף פֿאַר די עטליכע גראָשען, װעלכע זײַנען נױטיג געװען צו דער פֿאַמיליע'ס חיונה, דעם האַס פֿון איהרע שטיף-קינדער צו איהר, און איהר געפֿיהל אַלס אַ קרבן.

זעלטען װעלכער מלמד עס האָט מיט זײַן טאָג-און-נאַכטיגער שװערער41פּרנסה פֿאַרדינ'ט גענוג צו שפּײַזען זײַן װײַב און קינדער. כּמעט יעדע פֿרױ פֿון אַ מלמד האָט עפּעס פֿאַרקױפֿט, אַרומגעלאָפֿען אָדער געשטאַנען אױף אַ מאַרק, אום צו העלפֿען צוזאַמענשלאָגען די צרה'דיגע חיונה.

װאָס איך האָב בײַ דעם פֿעטער מענדע געלערענט געדענק איך ניט. מסתּמא חומש מיט אָנפֿאַנגען רש"י. איך געדענק גראָד, װי אין זײַן חדר האָט מען מיר געלערענט שרײַבען. מיטאָג-צײַט פֿלעגט קומען אַ „שרײַבער" אױף אַ שעה. אַ הױכער איד, מיט אַ לאַנגער, געדיכטער באָרד, אַ בלאָנדע. איצע גאָרדאָן האָט ער געהײסען. ער האָט זיך גערעכענט פֿאַר אײנעם פֿון די צװױי בעסטען שרײַבער אין דער שטאָדט. װי אַזױ ער קומט צו געבען אַ שעה אין אַזאַ אָרימען חדר, װײס איך ניט.

װילנא האָט געהאַט איהר אײַנגענעם כּתבֿ, פּונקט װי זי האָט איהרע ספּעציעלע גערעדטע אותיות. עס קען זײַן, אַז איך בין צו „פּאַטריאָטיש", אָבער אַז דער װילנער כּתבֿ איז די שעהנסטע — דאָס באַװײַזט דער פֿאַקט, אַז אַלע דרוקען פֿון רוסלאַנד און פּױלען האָבען ביסלעכװײַז אַװעקגעװאָרפֿען די אַנדערע אותיות און אָנגענומען דעם װילנער האַנדשריפֿט. דעם זעלבע קען מען זאָגען װעגען דעם װילנער דרוק. און איצע גאָרדאָן האָט געשריבען די שענסטע האַנדשריפֿט.

געשריבען האָבען מיר מיט גענזענע פֿעדערן, װעלכע דער „שרײַבער" פֿלעגט אונז אַלײן מאַכען. אַזױ װי זײַן באָרד איז געװען זעהר לאַנג און געדיכט, פֿלעגט ער זײַן גענזענע פֿעדער דורכקריכ'ן דורך דער באָרד צום פּאַפּיר, און אַזױ פֿלעגט ער שרײַבען.

אײנמאָל האָט מײַן טאַטע מיר געגעבען אַ צעטעל'ע צום פֿעטער מענדע. איך האָב דאָס אַװעקגעטראָגען מיט פֿרײַד. איך בין געקומען אין חדר, און מיט שטאָלץ איבערגעגעבען דעם שטיקעל פּאַפּיר, פֿיהלענדיג װי די אַנדערע קינדער זײַנען מיר מקנא, װאָס איך האָב אַזאַ זכיה. באַלד אָבער איז מײַן גדולה פֿאַרװאַנדעלט געװאָרען אין אַ חרפּה און אַ װעהטאָג: װען דער פֿעטער האָט איבערגעלעזען דעם צעטעל'ע, האָט ער מיר געהײסען42זיך לײגען, און האָט מיר אָפּגעשמיסען. און שמיסענדיג האָט ער געשריען, אַז מען דאַרף פֿאָלגען אַ טאַטען.

5
צװױיטער חדר. — יאָנקעל פֿױזנער.

לײב לײַזער'ם הױף איז אַ היבשע װעג פֿון זשירמונסקי'ם הױף. איך געדענק ניט װי איך פֿלעג גײן צום פֿעטער מענדע אין חדר. אפֿשר פֿלעגט מען מיר אַהין אַװעקפֿיהרען. יעדנפֿאַלס איז דער ערשטער זמן געװען זומער. װינטער אָבער איז שױן די פֿראַגע געװען ערנסטהאַפֿט. האָט מען מיר אַװעקגעגעבען צו אַ רבי'ן, װעמענס חדר איז געװען עטליכע טרים פֿון אונז. יאָנקעל פֿױזנער האָט ער געהײסען. אַ שעהנער איד, מיט גרױסליכע האָר, אַ גרױסע באָרד, אַ געדיכטע, און אַ פֿרעהליכער. װען ער פֿלעגט שמיסען אַ אינגעל מיט זײַן „ציפֿעלינקע", פֿלעגט ער זײַן כּעס אױסדריקען אױף אַ שפּאַסיגען אופֿן.

„נאָדיר לאַפּשיגאַ!" — פֿלעגט ער זאָגען, שמיסענדיג דעם תּלמיד איבער דער פֿלײצע. דערנאָך פֿלעגט ער צוגעבען: „און אָט האָסטו זאַליל! אָט האָסטו נאָך אַביסעל זאַליל! און אָט איז פֿעפֿער! נו, װי איז איצט דער טעם? װילסטו נאָך פֿעפֿער?"

אַ פֿאַר פֿון די אינגלעך פֿלעגען דעם „טעם" אױך אַננעמען מיט אַ שפּאַס און זיך באַװאַטעװען, אַז זײ קענען פֿאַרטראָגען שמיץ. איבערהױפּט פֿלעגט אַזױ טאָן פֿאַלקע, אַ אינגעל, װעלכער האָט געטראָגען אַ געלען פֿעלקעלע. „עס פֿעלט זאַליל!" — פֿלעגט ער זאָגען, און דער רבי פֿלעגט „צושיסטען" נאָך אַביסעל: „עס פֿעלט זאַליל!" — פֿלעגט ער זיך אָפּרופֿען. און אַזױ פֿלעגט דאָס נאָהען ביז אײנער פֿון די צװױי צדדים זיך אונטערגעגעבען. ענטװעדער דער רבי פֿלעגט מיט אַ קללה אױפֿהערען צו שמיסען, אָדער דער פֿאַלקע פֿלעגט מודה זײַן, אַז עס איז דאָ גענוג זאַליל און פֿעפֿער.

אַמאָל, װען דער רבי האָט געהאַט געדולד, פֿלעגט דער אינגעל ניט אױסהאַלטען זײַן העלדען-ראָלע און ער פֿלעגט זיך צוװײַנען.

דעם ערשטען זמן איז מען אין יאָנקעל פֿױזנער'ם חדר געװען אין43אַ קעלער, דאָרטען װאו עס הױבט זיך אָן אַ רודניצקער גאַס. דערנאָך האָט ער זיך אַריבערגעקליבען אין אַ צימער מיט אַן אַרײַנגאַנג גלײַך פֿון גאַס, אַביסעל װײַטער צו דעם פּלאַץ, װעלכער האָט דאָ געהײסען „פֿערד-מאַרק".

װען דער רבי פֿלעגט זיך צוזאַמענקומען מיט מײַן טאַטען, פֿלעגט ער איהם דערצעהלען תּורה-אַנעקדאָטען. װען ער פֿלעגט ענדיגען, פֿלעגען זײ אָדער זיך צולאַכען, הױבען די ברעמען און צומאַכען די אױגען פֿון הנאה.

מײַן לערנען בײַ איהם געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר אַ פֿאַר סצענעס, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין זײַן צװױיטען חדר.

צװױשען די תּלמידים זײַנען געװען צװױי ברידער, קינדער פֿון אַן אָרימער אלמנה. דער עלטערער ברודער האָט געהאַט װײכע, רױטע באַקען, און װען ער פֿלעגט געבען אַ שמייכעל, פֿלעגט אין יעדער באַק װערען אַ טיפֿע גריבעלע. ער האָט געטראָגען אַ היטעלע פֿון װעלכען עס איז געװען אָפּגעריסען דער קאָזירעק. אײנמאָל האָט ער פֿאַרלאָרען די קאָפּיקע װאָס די מאַמע האָט איהם געגעבען זיך צו קױפֿען אַ קוכעלע אױף איבערבײַסען. דער רבי האָט זיך געװוּנדערט צו די אַנדערע אינגלעך, אַז זײ זאָלען איהם ניט לאָזען בלײַבען אָהן איבערבײַסען. דאַן האָט יעדער פֿון אונז אָפּגעריסען אַ שטיקעל פֿון זײַן קוכעלע און אַװעקגעלײגט לעבען דעם אינגעל װאָס האָט ניט געהאַט קײן פֿריהשטיק. עס האָט זיך אָנגעקליבען אַ גאַנצער בערגעל מיט שטיקלעך, און, מיט אַן אַראָפּגעלאָזענע קאָפּ, װי אַן אבֿל, האָט ער דאָס אױפֿגענעסען.

װי װײַט איך געדענק, האָב איך בײַ יאָנקעל פֿױזנער'ן געלערענט נאָר צװױי זמנים. דאָס װאָלט הײסען, אַז מען האָט מיר פֿון איהם אָפּגענומען אין סוף זומער 1867, װען איך בין אַלט געװען עטװאָס מעהר װי זיבען יאָהר. דאָס שטימט סײַ ניט מיט מײַן חשבון, װאָרים אַלס מײַן נעקסטען רבי'ן געדענק איך אַ יונגען מלמד מיט'ן נאָמען חאַצקעל. און צו איהם בין איך אָנגעקומען אין אָנהױב פֿון דעם זומער, װען איך בין געװאָרען אַכט יאָהר. עס פֿעהלט אַלזאָ אַ זמן. אין מײַן רעכענונג44נונג ליגט עפּעס אַ טעות, און בײַ װעמען צו פֿרעגען איז שױן ניטאָ.

6
אַ מיטעל-פּונקט פֿון חזנים.

עס איז אַזױ אױסגעקומען, אַז דער פּאָדװאַל איז געװען אַ מיטעל-פּונקט פֿון חזנים. מען האָט אין איהם פֿאַרקױפֿט בראָנפֿען צו שענקאַרעס; מען האָט זיך מיט זײ גע'חשבונ'ט, גע-דונגען; אָבער צו דער זעלבער צײַט איז דאָרטען געװען אַ מין מנגנים-בערזע. פֿאַר ימים נוראים פֿלעגט דער חזנים-יאַריד זיך צופֿלאַקערען, און יעדען אָװענד פֿלעגען דאָרטען הילכען די שטימען פֿון אַ חזן און זײַנע משוררים. אָבער אַ גאַנץ יאָהר איז דאָרטען אױך געװען אַ חזנים צענטער.

דער בוכהאַלטער און פֿאַרװאַלטער פֿון דעם פּאָדװאַל איז געװען לײַזער הענעך אַבראַמאָװיטש, אַ מאַן פֿון איבער פֿופֿציק, אַ פֿערזענליכער פֿרײַנד און ליבלינג פֿון אריה לײב אַנאָליק. דיזער לײַזער הענעך איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע חזנים אין שטאָדט. נעקסט צו דער גרױסער שוהל אין װיטקאָװיסקי'ם הױף איז געװען די „אַלטע קלױז", אױך אױפֿ'ן שוהל-הױף; און דאָרטען פֿלעגט לײַזער הענעך דאַװנען ימים נוראים (דער שטאָדט-חזן, אױב ער איז געװען גרױס אין זײַן פֿאַך, פֿלעגט דעם ערשטען טאָג ראש השנה דאַװנען אין דער גרױסער שוהל, און דעם צװױיטען — אין אַלטען קלױז; כּל נדרי — אין אַלטען קלױז, און מוסף — אין דער גרױסער שוהל). און לײַזער הענעך פֿלעגט זיך מיט איהם בײַטען. זײַן כּאָר איז געװען אײנער פֿון די בעסטע; און צו איהם אין פּאָדװאַל פֿלעגען אַרײַנקומען אַלע באַקאַנטע חזנים. װען עס פֿלעגט דורכפֿאָהרען אַ בעל תּפֿלה פֿון אַן אַנדער שטאָדט, פֿלעגט ער ניט פֿאַרפֿעהלען צו באַזוכען לײַזער הענעך'ן.

אַלע נײַעס פֿון דער חזנים-װעלט אין װילנא און אַנדערע ליטװישע שטעדט פֿלעגען אָנקומען און באַשפּראָכען װערען45דער בראָנפֿען-לופֿט פֿון דיזען צימער. אײנמאָל, געדענק איך, האָט זיך געהאַנדעלט װעגען אַ נײעם שטאָדט-חזן. עס זײַנען געװען עטליכע קאַנדידאַטען, אַלץ חזנים פֿון אַנדערע שטעדט. דאַן האָט מען אין דעם פּאָדװאַל נעקאָקט טאָג און נאַכט, ביז ס'איז געקומען עפּעס אַ װאונדער, און די שטאָדט האָט איהם צוגעכאַפֿט װי אַן אוצר. דאָס איז געװען דער באַריהמטער יהושע פֿײַזינגער.

מײַן פֿאַטער איז געװען אַ לײדענשאַפֿטליכער ליבהאַבער פֿון געזאַנג — אױפֿ'ן אַלטען שטײגער — אַ מבֿין אױף חזנות. פֿאַר איהם איז די שכנות פֿון דעם פּאָדװאַל געװען אַן אבֿן טובֿ. פֿאַר ימים נוראים, װען לײַזער הענעך מיט זײַן כּאָר פֿלעגען זיך מסדר זײַן, פֿלעגען זײ אַפֿילו אַ ניגון אַרױסגעבען. איך פֿלעג זיך צוקוקען װי לײַזער הענעך קאָמאַנדעװעט מיט זײַן כּאָר, געברױיכענדיג זײַן טאַבאַקערקע אַנשטאַט אַ דיריגענט-שטעקעל; איך פֿלעג קוקען אױף יעדען משורר באַזונדער; און צו דער זעלבער צײַט פֿלעג איך זיך צוהערען צו זײַער געזאַנג, פֿאַר'חלום'ט װערען, פֿאַרכּישוף'ט אין צױבער פֿון זײַער געזאַנג, און די צױבער-װעלטען פֿלעגען זיך אין מײַן באַװוּסטזײַן צוזאַמענמישען מיט דעם ריח פֿון בראָנפֿען, אַזױ װי אַנדערש װאָלט גאָר ניט געקענט זײַן.

דאָ האָב איך זיך צום ערשטען מאָל דערפֿיהלט דעם נײַעם „איך", װעלכער פֿאַרנעהמט דעם פּלאַץ פֿון דעם געװעהנליכען מענשען בשעת מען הערט זיך צו צו מוזיק. אין דער מוזיק גופֿא געפֿינט זיך אױך אַ „מענשעלע". ער רעדט צו אײך. װאָס ער זאָגט, איז אײך אונמעגליך איבערצוריידען מיט װערטער. ער טענה'ט עפּעס און עס איז אי אַ תּענוג צו הערען, אי עס מוטשעט אײך.

דאָ אין פּאָדװאַל, צוהערענדיג זיך צו לײַזער הענעך'ן מיט זײַנע משוררים, בין איך צום ערשטען מאָל פֿאָלשטענדיג באַקאַנט געװאָרען אי מיט דעם דאָזיגען גן-עדן, אי מיט דעם דאָזיגען46גיהנום; באַקאַנט געװאָרען מיט דער מלא-טײװעל'שער געהײמניס װעלכע הײסט מוזיק.

איך האָב געקענט אַלע נגונים, װאָס איך האָב דאַ געהערט. און װען דיזע װערטער װערען געשריבען, זינגען זיך אין מײַן מוח לײַזער הענעך'ם „כּל מאמינים", װעלכען איך פֿלעג איבערזינגען פֿאַר די גאַס-מענטשען אין שענק, און פֿאַר מײַנע שפּיל-חברים אױף סטעפֿאַן קיסין'ם זאַװאוליק.

איך געדענק כּמעט יעדען משורר פֿון דעם כּאָר. צװױי פֿון זײ זײַנען געװען לײַזער הענעך'ם זיהן, סאַנע און אַנסעל. אַנסעל דער „אַנצקע", איז געװען אַ שעהנער יונג, פֿיל עלטער װי סאַנע. אײן משורר, װעלכער האָט געהײסען מאיר, אַ שטילער, אָנגענעהמער יונגערמאַן, מיט אַ קײלעכדיגער בערדעלע, איז געװען מײַן מוטער'ם אַ שװעסטער-קינד.

סאַנע און אַנצקע, װי אױך זײַער פֿאַטער, האָבען געהאַט אַ שטאַמלענדען מאַניער, װעלכער פֿלעגט אין מיר אַרױסרופֿען אַ בײַזען געפֿיהל. דאָס האָט פֿאַרגרעסערט מײַן באַגריף אַז דער פּאָדװאַל איז אַ פֿײַנדליכער לאַגער.

לײַזער הענעך איז געװען אַ גאַסט-פֿרײַנדליכער מענש. בײַ איהם אין שטוב פֿלעגט זיך אָפֿט צונױפֿקומען אַ גרױסע צאָל געסט. און איך װײס ניט װאָרום, אָבער דאָרטען פֿלעג איך זיך פֿיהלען אַ סך בעסער װי אין דעם פּאָדװאַל.

לײַזער הענעך'ם דעם בוכהאַלטער'ם װאוינונג איז געװען װײַט פֿון שטאָדט, הינטער'ן „זאַרעטשנער", ניט װײַט פֿון דעם בית עולם. דאָרטען האָט ער געװאוינט און געהאַלטען אַ שענק, װעלכען זײַן װײַב האָט געפֿיהרט. דאָרטען פֿלעגט זיך צוזאַמענקלײַבען אַ היבשער עולם, און מען פֿלעגט פֿאַרברענגען די צײַט מיט גרױס כּבוד, מיט נגונים און מיט פֿאַרצײַטיגע אידישע אונטערהאַלטונגען.

צװױשען די באַקאַנטסטע חזנים אין שטאָדט זײַנען געװען משה „דער סופֿר", אַ ברונעט, און בערעל „דער חזן", אַ בלאָנדין. בײדע זײַנען זײ געװען נאָהענטע פֿרײַנד לײַזער הענעך'ם, און בײדע פֿלעגען אָפֿט אַרײַנקומען אין פּאָדװאַל. משה דער47משה דער סופֿר איז געװען דער פֿרײַנדליכסטער, לעבעדיגסטער און לוסטיגסטער פֿון דער גאַנצער קאָמפּאַניע. רק ער פֿלעגט זאָגען װיצען און מאַכען שפּאַס. װי ער פֿלעגט זיך נאָר באַװײַזען, פֿלעגט מען װערען פֿרעהליכער. ער פֿלעגט אָפֿט פֿאַרברענגען אין אונזער שענק. אױך די הוליאַנקעס בײַ לײַזער הענעך'ם אין דער הײם פֿלעגט ער אָנגעבען מעשׂים. מען פֿלעגט זיך האַלטען בײַ די זײַטען לאַכענדיג.

בערעל, װעלכער האָט שװער צוגעהונקען אױף אַ פֿוס, איז אױך געװען אַ פֿרעהליכער מענש, אָבער ניט אַזױ שטיפֿער. די פֿוס איז אונטען בײַ איהם געװען װי אַ קלאַץ, און אַ זוהן האָט ער געהאַט, װעלכער איז געבאָרען געװאָרען מיט פּונקט אַזאַ פֿוס.

אײנמאָל האָב איך אין פּאָדװאַל געהערט װי אַ געװיסער חזן דערצעהלט װעגען אַ אַדעלינא פּאַטי, װעלכע ער האָט אַקאָרשט געהערט אין פּעטערסבורג. ער האָט געשילדערט װי מען שטעהט אָפּ גאַנצע נעכט װאַרטענדיג אױף אַ בילעט, און מיט מאָדנישע חזנ'ישע אױסדריקען האָט ער באַשריבען איהר װאונדערליכע שטימע און געזאַנג.

7
דער שענק. — גאַס-מענשען. — שװאַרצע קאַפּאָטעס. — די באַנדאַרעם פֿון קאַזיאָנע. — הערינג.

דער שענק איז געװען אַ היבשער, ליכטיגער צימער. בײַם פֿענסטער, הינטער'ן „שעמער", בײַם טיש-קעסטעלע, פֿלעגט זיצען די מאַמע אָדער דער טאַטע. דער „שעמער" — דאָס איז געװען די טײל פֿון דעם שענק-טיש, װעלכער איז געװען אַרומגעצאַמט מיט הילצערנע גראַטעס. דאָרטען זײַנען געלעגען לעקעכלעך, קיכלעך; דאָרטען איז אױך געשטאַנען אַ פֿאַלומישקאַ מיט שטיקלעך געבראָטענע גאַנז און אַ פֿאַלומישקאַ מיט „קװאַשענע" (פּעטשאַ, „פֿיס-נאָהע"). װײַטער איז דער טיש געװען פֿרײַ. דאָרטען פֿלעגט מען אױפֿשטעלען די אָנגעגאָסענע גלעזלעך בראָנפֿען פֿאַר די קונדען.

48בײַ דער װאַנט, הינטער דער מאַמען, זײַנען געװען פּאָליצעס, און אױף זײ זײַנען געשטאַנען פֿלעשלעך מיט פֿאַרשידענע ליכטיגע געטראַנקען: — „זיסע", אָדער „װײַניגער בראָנפֿנ'ס". די אמת'ע בראָנפֿען צאַפֿט מען פֿון אַ פֿעסעל מיט אַ קראָן; נאָר די גאָר שטאַרקע, די „נײנציגער", געפֿינט זיך אױך אין אַ פֿלעשעל, אױף אײנער פֿון די פּאָליצעס.

אױפֿ'ן פֿענסטער זײַנען געשטאַנען פֿלעשער ביער-ביער, מיט דעם נאָמען „שאַפֿאו" אױף יעדען קאָריק.

לעבען דער מאַמען איז דער זײַטיגע טיר, װעלכע עפֿענט זיך „אין טױער" אַרײַן. װײַטער נאָך דער טיר, שטעהט דער טיש, בײַ װעלכען מיר עסען, און װאו פֿרײַטאַג-צו-נאַכטס בענטשט די מאַמע ליכט. אין מיטען, װען דער שענק איז אָפֿען, זיצען דאַ קונדען אױך.

הינטער דעם דאָזיגען טיש שטעהט דער „שלאָפֿבאַנק" — אַ צעריסענע קאַנאַפּע אָדער „לעזשאַנקע". אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דעם צימער, געפֿינט זיך אַ ברױנע לעזשאַנקע, און לעבען איהר, אין אַ װינקעל, שטעהט דער אױװען, אױף װעלכען די מאַמע קאָכט און באַקט. בײַ דער אַנדערער זײַט אַרױף איז די טיר, װאָס פֿיהרט אין דער פֿינסטערער שפּעלניע.

דאָס רוב פֿון די קונדען זײַנען געװען די „גאַס-מענשען" („טרעגער"), װי מען רופֿט דאָ; אין אַנדערע שטעדט רופֿט מען זײ אַנדערש. יעדער פֿון זײ האָט געהאַט אַ לאַנגע, דיקע שטריק, װעלכע איז געװען אַרומגעװיקעלט עטליכע מאָל אַרום זײַן טאַליע; און יעדער פֿון זײ האָט געהאַט אַ גרױסען װעגענלע אױף צװױי רעדער, אָהן אַ פֿעדער. אַ גרעסערע מאַסע פֿלעגען זײ פֿיהרען אױפֿ'ן װעגענלע; אַ קלענערע — טראָגען אױף זיך. דער מערקעל איז געװען זײַער מיטעל-פּונקט. כּמעט פֿון דער גאַנצער שטאָדט פֿלעגט מען אַהין קומען נאָך אַ גאַס-מענש.

און װען זײ האָבען נאָר געהאַט קײן „יאַזדע", גאַנצע שטונדען פֿלעגען זײ בײַ אונז אָפּזיצען. אַ מין קלוב איז דער שענק בײַ זײ געװען.

צו מײַן טאַטען פֿלעגען זײ אַרױסװײַזען פֿיל אַכטונג. זײ האָבען שטאָלצירט מיט דעם פֿאַקט, אַז זײער שענקער איז אַ49בּן הרב (אַ רב'ס אַ זוהן). און זײ פֿלעגען איהם רופֿען „ר' שכנא" מיט גרױס רעספּעקט.

אײנער פֿון זײ איז געװען אַ דאַרער און ניט קײן הױכער, אָבער אַ שטאַרקער, און ער האָט געהאַט אַ קלײינינקע, שמאָלינקע בערדעלע. ער איז געװען אַן אַבסאָלוט פּראָסטער מענש, קױם עברי געקענט זאָגען; ער פֿלעגט אָבער אַרױסװײַזען די טיפֿסטע באַגײַסטערונג פֿאַר לומדים און פֿאַר הײליגע ספֿרים. ער פֿלעגט מײַן טאַטען שטעלען פֿראַגען װעגען רעליגיעזע ענינים, אָדער — פֿיל אָפֿטער — װעגען אַ לעגענדע אין באַצוג צו אליהו הנביא, אָדער אַן אגדתא. מײַן טאַטע פֿלעגט איהם ענטפֿערען, און ער פֿלעגט שלינגען זײַן יעדען װאָרט. נאָך מעהר רעליגיעזע התלהבֿות האָט געהאַט דיזען גאַס-מענש'ס אַ אינגעל, כּמעט אַ בלינדער.

אַ צװױיטער גאַס-מענש איז געװען פּונקט דער היפּוך פֿון דיזען, אי קערפּערליך, אי גײַסטיג. ער איז געװען אַ הױכער, אַ דיקליכער, מיט ברײטע פּלײיצעס און מיט אַ שעהנעם פּנים, און איהם האָט מען געהאַלטען כּמעט פֿאַר אַן „אײדעלען מענשען". מען האָט געזאָגט, אַז ער קען „אַביסעלע לערנען", און ער האָט געהערט צו „חבֿרה פּועלים", געלערענט „חײ אדם" און „עין יעקבֿ". ער איז געװען דער גרעסטער פֿאַרדינער פֿון דער גרופּע, און אָפֿט פֿלעגט ער צודינגען צו זיך אַן אױסהעלפֿער.

שבת פֿלעגט ער געהן אָנגעטאָן װי אַ בעל הבית. ער האָט געװאױנט אױף קװאַסנאַי פּערעאולאָק עטליכע טריט פֿון אונזער שענק, און זומער, אין אַ שבת נאָך מיטאָג, װען זײַן פֿענסטער איז געװען אָפֿען, פֿלעג איך הערען װי ער זאָגט פּרק. ער האָט זאָגאַר געזאָגט „מיט ימין ושמאל", און דאָס איז אין װילנא געװען ניט קײן געװעהנליכע זאַך. ער פֿלעגט די „שין'ען" מיט די „סין'ען" אױסרײַדען צו דײַטליך, װאָרים לײַכט און נאַטירליך זײַנען זײ איהם ניט אָנגעקומען.

אַ דריטער גאַס-מענש איז אױך געװען אַ דיקלעכער איד, אַ גרױסער, אַביסעל אַן אומגעלומפּערטער. ער איז מיר געפֿעלען געװען מעהר װי אַלע. פֿון איהם איז בײַ מיר איבערגעבליבען אַן אײַנדרוק פֿון אַבסאָלוטע עהרליכקײט און אױפֿריכטיגקײט.

דער דאַרער באַגײַסטערטער גאַס-מענש איז געװען כיטרע, און50דער הױכער „אַריסטאָקראַט", דער װאָס האָט געזאָגט עברי, מיט „ימין ושמאל", איז געװען צו קאַלט. דיזער אָבער איז געװען אָפֿען, אַבסאָלוט אױפֿריכטיג און װאַרים-הערציג. ער איז געװען פֿאַרהײַראַט מיט אַ צװײטע װײַב. מיט דער ערשטער האָט ער זיך גע'גט. אַמאָל האָב איך געזעהן, װי ער רעדט מיט דער ערשטער אױפֿ'ן גאַס, ניט װײַט פֿון אונזער שענק. איך האָב שױן דאַן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז ניט קײן געװעהנליכע זאַך, װאָרים איך געדענק, װי איך בין אַרײַנגעלאָפֿען און דערצעהלט מײַן מאַמען װעגען דעם. װאָס זי האָט מיר געענטפֿערט, געדענק איך ניט.

דער עלטסטער גאַס-מענש איז געװען אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ גרײז-גרױער. אײנמאָל איז מיט איהם געװען אַ גאַנצע סענסאַציע. ער האָט זיך אָפּגעזעגענט מיט אַלעמען און איז אַװעקגעפֿאָהרען אַזש אין אָדעס. ער האָט דאָרטען געהאַט אַ זוהן. דערנאָך איז ער געקומען צוריק, און איך געדענק װי אַנדערע גאַס-מענשען פֿלעגען איהם שטעלען פֿראַגען װעגען אָדעס, און ער פֿלעגט זײ דערצעהלען װאָס דאָרטען טוט זיך. קײן גרױסער רײדער איז ער ניט געװען. אַז מען האָט געפֿרעגט, האָט ער געענטפֿערט.

ניט אימער פֿלעגט דער גאַס-מענש טראָגען די גאַנצע שטריק אַרום זיך. אַמאָל פֿלעגט ער אַ טײל פֿון איהר צו-נױפֿלײגען װי אַ שלײף, עטליכע מאָל אין אײנעם, און אַזױ דאָס טראָגען פֿון הינטען. דער הױכער, אַלטער גאַס-מענש פֿלעגט זײַן שטריק אימער אַזױ טראָגען.

דער אינגסטער פֿון זײ, אַ אידעל מיט אַ געדיכטער, דונקעל-ברױנער בערדעל און מיט אַ קײַלעכדיגען, זעהר נאַרישען פּנים, איז געװען אַ האַלבער אידיאָט. מערקװירדיג, ער איז דער אײנציגער פֿון די גאַס-מענשען, װאָס איך געדענק זײַן נאָמען. װאָלפֿע האָט ער געהײסען. די אַנדערע — איבערהױפּט דער דאַרער אידעל — פֿלעגען פֿון איהם אָפֿט מאַכען שפּאַס. װאָלפֿע פֿלעגט נעמען אַ װאָרט און איהם איבערזאָגען, װידער און װידער, שמייכלענדיג אין זײַן געדיכטער בערדעל אַרײַן און דרעהענדיג זיך אױף אײן פֿוס דערבײַ. אײנער פֿון די אַנדערע גאַס-מענשען האָט אַמאָל גענומען אַן אומאָנשטענדיגען אידישען51װאָרט און צוגעשטעלט צו איהם „עוויטש", אַזױ װי עס װאָלט געװען דער נאָמען פֿון אַ גראַף. איז דאָס װאָלפֿען אַזױ געפֿעלען געװאָרען, אַז ער פֿלעגט דעם װאָרט איבערזאָגען פֿאַר זיך טויזענד מאָל יעדען טאָג. מיט תּענוג, לאַכענדיג און קװעלענדיג אין זײַן בערדעל, פֿלעגט ער דאָס איבערזאָגען.

דער טאַטע פֿלעגט זיך באַקלאָגען, אַז „אין שענק זעהט מען ניט קײן שװאַרצען בגד", װאָרים די גאַס-מענשען האָבען געטראָגען גרױע לײװענטענע אָדער סערמינגענע בגדים, מיט גראָבע לײװענטענע פֿאַרטוכער. אַ מענש מיט אַ שװאַרצער קאַפּאָטע האָט בײַ איהם געהײסען אַ באַלעבאַטישער איד.

אַזעלכע קונדען זײַנען אױך געװען, אָבער ניט פֿיל. אימיצער פֿון זשירמונסקי'ם הױף גופֿא, אָדער פֿון די דערבײַאיגע הױפֿען, פֿלעגט אַרײַנקומען מאַכען אַ שנאַפּס. עס זײַנען אױך געװען עטליכע באַלעבאַטישע אידען, װאָס פֿלעגען ספּעציעל קומען פֿון אַנדערע גאַסען. אָבער די שטענדיגע קונדען זײַנען געװען גאַס-מענשען, און בײַ אונז איז געװען זײער הױפּט-קװאַרטיר.

אײנער פֿון די אָפֿטסטע באַלעבאַטישע קונדען איז געװען אַ דאַרער, גרױער איד מיט'ן נאָמען לײבעטשקע סטראַשונער, דער בעל-הבית פֿון אַ גרױסען לאַנגען הױף, „סטראַשונער'ם הױף", װעלכער איז געשטאַנען אױף דעמזעלבען ראָג װי זשירמונסקי'ם, נאָר אױף דער אַנדער זײַט פֿון קלײן-סטעפֿאַן גאַס. ער איז געװען אַ איד אַ למדן און ער פֿלעגט מיט'ן טאַטען אָפֿט פֿאַרפֿיהרען אַ שמועס װעגען אַ שטיקעל תּורה.

אַמאָל פֿלעגט אַרײַנקומען אבא תּמים, אַ ברונעטער איד, װאָס האָט געפֿיהרט אַ „אידישע פּאָסט" צװישען װילנא און קאָװונע. ער פֿלעגט קומען מיט די בריף אױפֿ'ן װאָקזאַל, און װען ער פֿלעגט דאָרטען זעהן אַ באַקאַנטען אידען װאָס פֿאַהרט קײן קאָװונע, פֿלעגט ער איהם זײ געבען. און װען יענער איז געקומען קײן קאָװונע, האָט בײַם װאָקזאַל דאָרטען שױן געװאַרט אבא תּמים'ס שותּף. אַזױ פֿלעגט די פּאָסט געהן הין און צוריק — ניט נאָר בריעף, נאָר געלט אױך. פֿילע אידען זײַנען נאָך ניט צוגעװואױנט געװען צו דער רעגירונגס-פּאָסט. מיט דער „אידישער פּאָסט" האָבען זײ זיך געפֿיהלט הײמישער.

52עס זײַנען אױך געװען עטליכע קריסטען, װאָס פֿלעגען אָפֿט אַרײַנקומען נעמען אַ טרונק-בראָנפֿען — פּאָליאַקען, װעלכע האָבען געװאױנט אױף יענער זײַט פֿון שלמה קיסין'ם הױף, מײַסטענס טשינאָװניקעס בײַ דער רוסישער רעגירונג. אײנער פֿון זײ איז געװען זעהר אַ שעהנער, מיט אַ גרױסער געשאָרענער באָרד.

אַמאָל פֿלעגט דער פֿעטער שניאור אַרײַנברענגען אַ פּאָליאַק, אַ „פּעליפּאָטענט" („פּלעניפּאָטענט"). דורך װעלכען ער האָט געפֿיהרט געשעפֿטען מיט אַ געװוסען פּױלישען פּריץ. דער פּעליפּאָטענט איז געװען אַ פֿראַנט, און אַלע װיילע פֿלעגט ער קוקען אױף זיינע נעגעל.

קײן פּױליש האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען, און דאָך האָב איך געקענט באַמערקען, אַז זײַן פּױליש איז אַ שעהנערער און אַריסטאָקראַטישערער לשון, װי די שפּראַך פֿון די טשינאָװניקעס. בײַ מיר איז געבליבען אַן אײַנדרוק אַז ער פּוצט זײַן אױסשפּראַך אַזױ װי זײַנע נעגעל.

אַמאָל פֿלעגען אַרײַנקומען אַ גאַנצע קאָמפּאַניע, אַ קריסטליכע, און געמאַכט אַ סעודה — צו אַ חתונה אָדער נאָך אַ לויה. אין אַזאַ פֿאַל זײַנען די אַנטײל-נעמער געװען אָרימע מענשען, אַרבײַטער אָדער װעכטערס, אַלץ פּױלישע אָדער װײַסרוסישע. זײ פֿלעגען זיך אױסזעצען אַרום דעם טיש, װאָס איז געשטאַנען לעבען דער גאַס-טיר, פֿאַנאַנדערלײגען די עסענװאַרג, װאָס זײ האָבען מיטגעבראַכט, און דער טאַטע פֿלעגט זײ אַװעקשטעלען פֿלעשלעך בראָנפֿען מיט גלעזלעך. געװעהנליך פֿלעגען זײ זיך אָנ'שכּור'ען און זיך צוזינגען אױפֿ'ן קול מיט שכּור'ע קולות.

גרױס-רוסישע אַרבײַטער פֿלעגען אױך אַמאָל אַרײַנקומען. דאָס זײַנען געװען האָלץ-העקער, װאָס האָבען געאַרבײַט אין אַ װאַלד לעבען װילנע, בײַ אַ „שאַפֿער", װעלכער איז געװען מײַן טאַטענ'ם אַ באַקאַנטער. דיזע אַרבײַט פֿלעגען טאָן „סטאַראָ-װיערעס", הױכע, געזונטע רוסען. אַמאָל פֿלעגען זײ זײַן אַזױ גרױס אין צאָהל, אַז זײ פֿלעגען קױם זיך אַרײַנשפּאַרען אין שענק. אױב עס איז געװען װינטער, פֿלעגען זײ טראָגען53לאַנגע געלע פֿעלצען, און דער שענק פֿלעגט װערען דורכגעדרונגען מיט דעם ריח פֿון פֿעל.

פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט קומען אַ גרופּע באָנדאַרעס פֿון קאָװונע, און זײַער הױפּט-קװאַרטיר איז אױך געװען בײַ אונז. זײ זײַנען ניט געװען קײן געװעהנליכע באָנדאַרעס, נאָר ספּעציאַליסטען, און זײַער ספּעציאַליטעט איז געװען פֿאַרבונדען מיט דעם אַגולנעם הערינג-האַנדעל.

קאָװונע איז געװען אײנער פֿון די צענטרען פֿון דיזען האַנדעל. אין דעם אָרימען לעבען פֿון די מאַסען איז הערינג אין אונזערע געגענדען געװען אַ העכסט װיכטיגער אַרטיקעל. דער הערינג-מסחר האָט דעריבער געשפּילט אַ גרױסע ראָלע.

דיזע קאָװונער באָנדאַרעס זײַנען געװען בריות און מבֿינים אױף אַלץ װאָס איז שייך צו הערינג-פֿעסער, װי אױך צום פּאַקען די הערינג. אַזױ װי אין סטראַשונער'ם הױף האָט זיך געפֿונען אַ גרױסער הערינג-געשעפֿט, פֿלעגט מען זײ אַהין אַריבערברענגען אױף עטליכע טעג.

אַ װילנער באָנדאַר איז אין װילנא געװען פֿאַררעכענט צװישען די אָרימסטע און נידעריגסטע בעל-מלאכות. אױף די דאָזיגע קאָװונער באָנדאַרעס אָבער האָט מען געקוקט װי אױף האַנדװערקער פֿון אַ העכערען קלאַס. זײ האָבען פֿאַרדינט גוט, געקלײדט זיך װי באַלעבאַטישע מענשען, און געהאַלטען זיך װי מײַסטערס אָדער װי סוחרים. אַ פֿאַר פֿון זײ האָבען געקענט אַביסעל לערנען, און אײנער, װעלכער איז געװען פֿון לעבען דעם גרעניץ, האָט זאָגאַר געלעזען דײַטשע ביכלעך. זײ האָבען געהאַט אַ מין קאָאָפּעראַטיװ צװישען זיך. אַלע פֿאַרדינסטען זײַנען געגאַנגען בײַ זײ צוזאַמען. אַלץ װאָס זײ האָבען פֿאַרדינט, צי אין קאָװונע, צי אין װילנא, צי אין אַן אַנדער שטאָדט, פֿלעגט געהן אין זײער אַלגעמײנער קאַסע, און זײ פֿלעגען זיך אַלע צוטײלען מיט דעם.

פֿרײַטאָג נאָכמיטאָג, נאָהענט צו ליכט-בענשען, פֿלעגט מען אַרײַנקומען מיט פֿלעשלעך קױפֿען בראָנפֿען אױף שבת. װען54מען פֿלעגט אַרײַנקומען מיט אַ „גראַפֿין", מיט אַ גלעזערנע שטאָפּקע — דאָס איז געװען אַ סימן, אַז דאָס איז פֿון אַ באַלעבאַטישער הױז.

אָפֿט פֿלעגט דער טאַטע מיר שיקען אָפּנעמען געלט װאָס ס'האָט געקומט פֿאַר בראָנפֿען — מײַסטענס אָט פֿאַר די װאָס מען פֿלעגט אַװעקטראָגען אין אַ גראַפֿין. דיזע פֿליכטען האָב איך פֿײַנט געהאַט. איך האָב קײן מוט ניט געהאַט צו בעטען געלט.

8
זשירמונסקי'ם הױף. — די צװױי גאַניקעס. — די שכנים. — עליעטשקע. — די סוכּה.
שבת זשירמונסקי'ס הױף פֿון דרױסען, פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1926
שבת זשירמונסקי'ס הױף פֿון דרױסען. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1926.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 56–57
שבת זשירמונסקי'ס הױף פֿון אינװעניג, מיט דעם הינטערשטן טרעפּ און דעם אָרימען גאַניק
שבת זשירמונסקי'ס הױף, פֿון אינװעניג, מיט דעם הינטערשטען טרעפּ און דעם „אָרימען" גאַניק. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1926.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 62–63

אין אַ ניו יאָרקער הױז בײַטען זיך שטענדיג די טענענטס: דער מופֿט אַרױס, דער מופֿט אַרײַן. און די הײַזער גופֿא שטעהען אױך דאָס רוב ניט לאַנג. מען רײַסט אַרונטער כּמעט נײַע מױערען און מען שטעלט אױף מאָדערנע, מיט נײַע „אימפּרואוומענטס". זעלטען װען עס טרעפֿט אַז אַ פֿאַמיליע זאָל אָפּװאױינען פֿילע יאָהרען אױף אײן אָרט, און פֿאַמיליעס װאָס װואוינען אין אײן הױז צו דערזעלבער צײַט, קענען זיך ניט אײנע די אַנדערע.

גאַנץ אַנדערש איז אין אַזאַ שטאָדט װי װילנאַ. מױערען שטעהען דאָרטען אָפּ אַן אײביגקײט, און זעלטען װען אימיצער קלײַבט זיך אַריבער פֿון אײן דירה אױף אַ צװױיטער. אַ משפּחה זאָל אָפּװאױינען דעם גאַנצען לעבען אױפֿ'ן זעלבען פּלאַץ — דאָס איז ניט געװען קײן אונגעװעהנליכע זאַך. די שכנים זײַנען מײַסטענס דיזעלבע; מען איז גוט באַקאַנט, און עס אַרבײטען זיך אױס באַשטימטע באַציהונגען פֿון אײנעם צום אַנדערען.

אױף דיזען אָרט אַנטװיקעלט זיך אַ באַשטימטער אַלגעמײַנער כאַראַקטער מיט באַשטימטע טיפּען, מיט באַשטימטע גענענזײַטיגע פֿאַרהעלטניסען.

יעדער הױף איז אַ באַזונדערע שטעדטעלע, אַ באַזונדערע55מענשליכע װעלטעלע. דאָ װעל איך דערצעהלען װעגען דער װעלטעלע װאָס מען האָט געהײסען „זשירמונסקי'ם הױף".

געװעהנליך האָבען אין דעמזעלבען הױף געװואױנט פֿאַמיליעס פֿון פֿאַרשידענע קלאַסען. אַזױ איז אױך געװען אין זשירמונסקי'ם הױף. עס האָבען אין איהם געװואױנט אָרימע מענשען, קלײנע בעלי-בתּים, און אַ פֿאַר רײַכע געשעפֿטס-לײט.

אױך האָט מען דאָרטען געפֿונען אידען װאָס האָבען געקענט אַבֿיסעל לערנען, עם-הארצים װאָס האָבען געפֿיהרט אַן אײדעלען „שטאַט" און זיך געמאַכט אַז זײ קוקען אַמאָל אַרײַן אין אַ ספֿר, און פּראָסטע מענשען אָהן פּרעטענזיעס.

דער רײַכסטער מאַן איז געװען אײנער מיט'ן נאָמען פּינעס. צו איהם האָט דאָס געהערט דער הערינג-סקלאַד אין סטראַשונ'ם הױף. אין געשעפֿט איז אָבער זײַן פֿרױ געװען טהעטיגער װי ער. זײ זײַנען געװען געקלײדט בעסער װי די אַנדערע שכנים און זיך געהאַלטען אַנדערש, הגם קײן גאוה האָבען זײ ניט אַרױסגעװיזען.

זײ האָבען באַװואױנט אַ גרױסע דירה אױפֿ'ן ערשטען עטאַזש, די שעהנסטע און רײַכסטע אין הױף. די טיר צו זײַער װאוינונג איז געװען אױף אַ גאַניק, װעלכער איז אין מײַן געדאַנקען געװען באַצײכענט אַלס דער „רײַכער גאַניק", װאָרים דאָרטען האָבען געװואױנט נאָך אַ פֿאַר רײַכע פֿאַמיליעס; און אױפֿ'ן הױף איז געװען אַ צװױיטער גאַניק, װאו עס האָבען געװואױנט אַרימערע בעלי-בתּים.

בײדע גאַניקעס זײַנען געהאַנגען אין דער ליכטיגער העלפֿט פֿון דעם הױף, אײנער געגענאיבער דעם אַנדערען — דער „רײַכער" נעהנטער צום טױער, און דער אַנדערער — בײַ דעם אַנדערען ברעג פֿון הױף. די טרעפּ, װאָס האָבען געפֿיהרט צום „רײַכען" גאַניק, זײַנען געװען „אין דעם טױער", אַנטקעגען דער זײַטיגער טיר פֿון אונזער שענק.

די מאַדאַם פּינעס איז געװען אַ שעהנע פֿרױ, אַ בלאָנדע, מיט אַן אַנגענעהמען שמייכעל; און מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגען, אַז זי איז אַן אײדעלע און אַ גוטע. װען איך דערמאָן זיך װעגען איהר, איז איהר בילד אין מײַן געדאַנקען אימער מיט56אַ גרױסען שליסעל אין האַנט — דער שליסעל מיט װעלכען זי פֿלעגט עפֿענען די טױערען פֿון איהר הערינג-סקלאַד.

איהר מאַן, ניט קײן דיקער און פֿון מיטעלען װאוקס, האָט אַפֿילו אין מיטען-װאָך געטראָגען אַ װײַסע מאַנישקע מיט אַ שניפּס און אַ װײַכען הוט אַנשטאָט אַ היטעל.

זײ האָבען געהאַט אַ טאָכטער, אַ מײדעל מיט אַ פֿאַר יאָהר עלטער פֿאַר מיר, האָט מען איהר גערופֿען „פֿײיצקע"; און דאָס האָט מיר אױך געקלונגען אַריסטאָקראַטיש. בײַ אָרימע מענשען װאָלט מען איהר גערופֿען פֿײיגעצקע (פֿײינעטשקע).

אַ צװױיטער רײַכער איד, װאָס האָט געװואױנט אױף יענעם גאַניק, איז געװען אַן אָקסען-הענדלער, שױן ניט קײן יונגער, מיט רױטע בעקעלעך, מיט אַרױסשטאַרצענדע באַקען-בײנער. איך געדענק די שװאַרצע גאַלקע פֿון זײַן שטעקען. ער פֿלעגט אַמאָל אַרײַנקומען צו אונז מאַכען אַ שנאַפּס, און שטעהענדיג אָנגעשפּאַרט אָן דעם שענק-טיש, מיט זײַן שטעקען אין האַנט, פֿלעגט ער מײַן טאַטען אָדער מײַן מאַמען דערצעהלען עפּעס, און אַמאָל זאָגען אַ װיץ.

אױפֿ'ן „רײַכען" גאַניק האָט געװואױנט אַ בחור — איך געדענק ניט װוי מען האָט איהם גערופֿען און װעמענס זוהן ער איז געװען. דאַכט זיך, אַז דעם אָקסען-הענדלער'ם. די אַלגעמײַנע מײַנונג איז געװען, אַז ער טױג צו גאָרנישט, און לױט מײַנע דאַמאָלסדיגע באַגריפֿען האָט זיך געפֿאַסט אַזױ: דער זוהן פֿון אַ גבֿיר דאַרף צו קײן זאַך ניט טױגען.

אױף דעמזעלבען טרעפּ, װאו עס האָט געװואױנט דיזע רײַכע פֿאַמיליע, האָט אױך געװואױנט אַן אַלטע פֿאָר-פֿאָלק. זייערע געזיכטער געדענק איך ניט קלאָר. איך געדענק נאָר, אַז זייער עלטערער זוהן איז געװען אַ „סמאָטריטעל" (פֿאָרװאַלטער) ערגעץ אין אַ דולהױז. אַ אינגערער זוהן, מאָטקע, האָט געװואױנט מיט זײ. ער האָט געמוזט זײַן אַ יאָהר צװאַנציג און אפֿשר װײיניגער. ער פֿלעגט אָפּטאָן אַזעלכע זאַכען, אַז מען פֿלעגט איהם אַװעקנעמען אין דער דולהױז, און דאָרטען איהם אָפּהאַלטען עטליכע װאָכען.

קײן אײנצעלהײטען געדענק איך ניט, און דער טאַטע, דאַכט57זיך, קײנמאָל ניט געװאוסט. איך האָב אָבער יע געװאוסט אַז משוגע איז ער ניט. מען פֿלעגט איהם אַהין אַװעקשלעפּען אַזױ װי אין אַ געפֿענגניס, אום איהם צו באַשטראָפֿען, כּדי ער זאָל זיך װײַטער אױפֿפֿיהרען בעסער. װען מען פֿלעגט איהם ברענגען צוריק, פֿלעגט ער אַ געװיסע צײַט זײַן שטיל װי אַ קאָטינקע; דערנאָך אָבער פֿלעגט ער װידער צולאָזען װערען, און װידער אָפּטאָן װילדע מעשׂים. דאַן פֿלעגט מען איהם װידער אַװעקפֿיהרען.

איך זעה פֿאַר זיך דעם בילד װי עס קומט אַ װעכטער און נעמט איהם צו. מאָטקע פֿלעגט זיך ניט װעהרען. מיט אַן אַראָפּגעלאָזענע קאָפּ, אַ צושראָקענער, פֿלעגט ער צו דעם װעכטער אַליין אױסשטרעקען זײַן אָרעם און יענער פֿלעגט אים אַװעקפֿיהרען. דערבײַ פֿלעגט זיך אָנקלײַבען אַ גרױסע רעדעל. איך פֿלעג קוקען, און די סצענע פֿלעגט מיר אינגאַנצען צורודערען.

אין מיטען פֿון דער ליכטיגער טײל פֿון הױף, גלײַך אױפֿ'ן ברוק, האָבען זיך געפֿונען דרײַ טירען, װעלכע האָבען געפֿיהרט צו דרײַ באַזונדערע דירות. אין דער מיטעלסטער האָט געװואױנט דער „פּאָדגראַבע", דער פֿאַרװאַלטער פֿון הױז. גרשון האָט ער געהײסען, אַן עלטערער איד, אַ דאַרער, מיט גרױליכע האָר. ער האָט געהאַט עפּעס אַ שטעלע בײַ פּאָדריאַדטשיקעס, װעלכע האָבען צוגעשטעלט פּראָדוקטען צו דער געפֿענגניס, דעם באַריהמטען „פֿערצעהנטער נומער" פֿון יענע צײַטען; און ער פֿלעגט דערצעהלען װאָס דאָרטען טוט זיך. זיינער אַ זוהן, אַ בחור'ל, װאָס האָט קײנמאָל ניט געהאַט װאָס צו טאָן, פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען צו די פֿאַרשידענע שכנים. ער האָט גערעדט אַ סך, מײַסטענס מיט אַ שמייכעל, און ער פֿלעגט דערצעהלען די נסים פֿון שבח זשירמונסקי'ן. דעם בעל-הבית פֿון דעם הױף. זשירמונסקי'ן אַליין האָב איך, דאַכט זיך, קײנמאָל ניט געזעהען.

אַן אַנדערע פֿון די דרײַ טירען האָט געפֿיהרט צו ליפּע, דעם בערשטעל-מאַכער, אױך אַן עלטערער איד, מיט אַ שפּיציגע בערדעלע, אַזאַ קליינינקע און אַזאַ שיטערע, אַז שׂונאים פֿלעגען58איהם רופֿען „ליפֿע דרײַצעהן האָר". זײַן פּאָרטרעט איז פֿאַרבליבען אין מײַן מוח מיט אַ יאַרמולקע אױפֿ'ן קאָפּ און מיט אַ ליולקע אין מױל. קײן בערשטעל-מאַכער איז ער אײגענטליך ניט געװען. ער האָט נאָר געהאַנדעלט מיט חזיר-האָר, װעלכע מען האָט בײַ איהם אין שטוב אױסגעקאַמט און צוגעפֿערטינט אין קײלעכדיגע בינטלעך.

ער האָט געהאַט געלט. זײַן פֿרױ, די צװױיטע פֿרױ בײַ איהם, איז געװען אינגער פֿון איהם. לערנען האָט ער ניט געקענט; ער האָט זיך אָבער געהאַלטען אַזױ װי ער װאָלט געװען אַ איד אַ למדן. מײַן טאַטע פֿלעגט אָפּלאַכען פֿון דעם װי ער זאָגט: „אין דערפֿריה, װען עס איז דאַ צײַט, לערנען איך מיר אַ ביסעלע". דעם װאָרט „ביסעלע" פֿלעגט מײַן פֿאָטער איבערקרימען.

ליפֿע איז געװען אַ חזן — פֿון די קלענערע חזנים פֿון שטאָדט — און פֿאַר ימים נוראים פֿלעגט דער גאַנצער הױף הערען װי ער איז זיך מסדר מיט זײַנע משוררים. מען פֿלעגט זיך אָבער מעהר צוהערען צו לײַזער הענעך'ס כאָר, און דאן האָבען ר' ליפֿע'ס דרײַ-פֿיער שטימען נאָר געשטערט. איבעריגענס, איז דיזער פּונקט — װי אַזױ די צװױי כאָרען פֿלעגען הילכען אינאײנעם — אין מײַן זכרון שטאַרק פֿאַרנעפּעלט.

ער און זײַן פֿרױ זײַנען געװען גאַסטפֿרײַנדליכע מענשען, און בײַ זײ אין געװען אַ מין פֿאַרזאַמלונגס-פּלאַץ פֿאַר דעם גאַנצען הױף. פֿרײַטאָג-צו-נאַכט פֿלעגט מען דאָרטען מקבל שבת זײַן. מען פֿלעגט זיך צוזאַמענקומען װען עס איז נאָך געװען ליכטיג. מען פֿלעגט זיצען און שמועסען אָדער דערצעהלען זיך מעשׂיות. דאַן פֿלעגט דאָס גרשון דער פּאָדגראַבע דערצעהלען פֿון דעם „פֿערצעהנטען נומער" און פֿון דעם שלאָס-באַרג, װאו יעדען טאָג, פּונקט 12 אוהר, פֿלעגט מען אױסשיסען, כּדי די שטאָדט זאָל װיסען די ריכטיגע צײַט (דאָס איז דאַן נאָך געװען אַ נײַעס. איך געדענק װי מען האָט דאָס אײַנגעפֿיהרט. און איך געדענק װי 12 אוהר פֿלעגט מײַן רבי קוקען אױפֿ'ן װאַנט-זײיגער, זעהן צי ער געהט ריכטיג. איבער'ן גאַנצען59שטאָדט פֿלעגט מען דאַן קוקען אױף די זײיגערס און זײ שטעלען נאָכ'ן „שאָס").

דער פּאָדגראַבע איז געװען אײנער פֿון די, װאָס האָבען געטראָגען זײיגערס (מײַן טאַטע האָט דאַן נאָך אַזאַ לוקסוס ניט פֿאַרמאָגט), און רײידענדיג װעגען דעם שאָס אױפֿ'ן שלאָס-באַרג, פֿלעגט ער זײַן זײיגער אַרױסנעמען און זאָגען מיט שטאָלץ, אַז ער געהט „פּונקט מיט'ן שאָס". און אַ פּאָר פֿון די שכנים פֿלעגען דאָס דערנאָך איבערקרימען.

אין די װוינטער-אָװוענדען, פֿון חנוכּה ביז סאַמע פּסח, פֿלעגט מען בײַ ליפֿע דעם בערשטעל-מאַכער שפּילען אין קאָרטען. מײַן טאַטע פֿלעגט אָפֿט אַנטײל-נעמען און איך פֿלעג שטעהן לעבען איהם און קוקען. מען האָט אימער געשפּילט „אַקע" (אַ מין פֿאַרקירצטער „פּאָוקער"). די קאָרטען האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען; נאָר אײנמאָל, װען מײַן טאַטע האָט געהאַט פֿיער טײז, האָב איך געפֿיהלט אַז עס איז עפּעס אַן אונגעװעהנליכע זאַך. איך בין אַזױ איבערראשט געװאָרען, אַז איך האָב אױסגעשריהען:

„אױ, טאַטע!"

ער האָט אױף מיר געגעבען אַ בײזען קוק, און מיט דעם האָט ער נאָך ערגער געמאַכט. די אַנדערע זײַנען זיך גלײַך „צולאָפֿען".

אַמאָל פֿלעגען בײַ די קאָרטען פֿאָרקומען אונאַנגענעהמע סצענעס. מען פֿלעגט זיך קריגען, שרײיען אױפֿ'ן קול. מײיסטענס פֿלעגען די סקאַנדאַלען אַרױסקומען צוליב אַ געװיסען אַנטײל-נעהמער, װעלכער האָט נאָרניט געװואױנט אין זשירמונסקי'ס הױף. דאָס איז געװען אַ יונגערמאַן מיט אַ שװאַרצער בערדעל, אַ אידעל אַ קבצן, װאָס האָט פֿאַרדינט דרײַ רובעל אַ װאָך אַלס אַ קאַלעקטאָר אין אַ ביער-ברויעריי (איך געדענק דעם ציפֿער גאַנץ גוט), און אַז עס פֿלעגט זיך אָנפֿאַנגען דער „סעזאָן" פֿון קאָרטען, פֿלעגט ער גאַנצענע נעכט אָפּזיצען און שפּילען. װי אַזױ ער האָט דאָס געקענט באַװײַזען, װײיס איך ניט. אַמאָל פֿלעגט ער „דרײיהען", און אַז מען האָט איהם געכאַפּט, פֿלעגט װערען אַ מהומה. ר' ליפֿע האָט איהם אַ פּאָר מאָל אַרױסגעטריבען. ער פֿלעגט אָבער צוריק קומען.

60מײַן טאַטע האָט אין די סקאַנדאַלען קײנמאָל קײן אַנטײל ניט גענומען. בײַ אַזעלכע סצענעס פֿלעגט ער פֿאַרשעהמט װערען און שטילינקערהײַט אַרױסגעהן פֿון ר' ליפֿע'ס שטוב. אום די מאַמע זאָל ניט װיסען װיפֿיל ער נעמט מיט אױף צו שפּילען אין קאָרטען, פֿלעגט ער אָפּהיטען אַ מאָמענט, װען זי געפֿינט זיך ניט נאָהענט צום טיש-קעסטעל. איך געדענק ניט, אַז זי זאָל איהם װען שטערען; אָבער קײן רעגעלמעסיגער שפּילער איז ער סײַ-װי-סײַ ניט געװען.

אין דער דריטער פֿון די דרײַ אונטערשטע דירות האָט געװואױנט שמערעל פּרוס, אַ טיף-עהרליכער פֿרומאַק. דאָס איז געװען אַ איד, מסתּמא פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרײיסיג, מיט שװאַרצע האָר, מיט שװאַרצע אױגען, װעלכע האָבען געהאַט אַזא ערנסטען קוק, אַז איך פֿלעג מײנען אַז ער איז אימער בײז. זײַן פֿרױ איז געװען גאָר אַנאַנדערער טיפּ. זי װאָלט געגאַנגען אָהן אַ פּאַרוק, װען זי װאָלט געקענט; און איהרע קינדער האָט זי גלײַך פֿון אָנהױב געװואָלט ערציהען אױפֿ'ן הײינטיגען שטײיגער, נאָר צוערשט האָט זי דאָס ניט געקענט אױספֿיהרען.

זי איז געװען אַ קלוגע און אַ שעהנע פֿרױ, און אַלע זייערע קינדער זײַנען געװען שעהנע. די עלטסטע טאָכטער, ראָזאַליע, אַ מײדעלע פֿון אַ יאָהר פֿערצעהן-פֿופֿצעהן, איז געװען אַ קראַסאַװיצע. דער עלטערער אינגעל, משה'קע, אױך אַ שעהנער, איז געװען מײַנער אַ חבֿר; פֿלעג איך אָפֿט אַרײַנקומען צו זײ.

אַמאָל, פֿאַר די יום-טובֿים, איז דאָרטען פֿאָרגעקומען אַ דעבאַטע אין שטוב איבער אַ קאַפּאָטקע, װאָס מען האָט געלאָזט נײיהען פֿאַר משה'קען. די מוטער האָט געװואָלט אַז מען זאָל איהם נײיהען אַ קירצערע און „צום סטאָן", אָבער שמערעל האָט גע'פּסק'ענט אַז די קאַפּאָטקע זאָל זײַן אַ לאַנגע און זעהר אַ ברײיטע. װאָס נעהנטער צו דער ערד — אַלץ ברײיטער; װאָס װײיניגער הײינט-װעלטיג, הײיסט עס, און אַזױ איז דאָס געבליבען (עטליכע יאָהר שפּעטער האָט זיך אַלץ איבערגעדרעהט, די פֿרױ האָט אױסגעפֿיהרט. די קינדער האָבען61אָנגעהױבען צו שטודירען, און אַלץ איז געגאַנגען אױפֿ'ן נײַעם שטײיגער).

שמערעל איז געװען אַ בוכהאַלטער בײַ אַ רײַכען בראַנפֿען-הענדלער מיט'ן נאָמען פֿײַװע סװיאַדאָשטש, װעלכער איז אױך געװען זעהר רעליגיעז. סװיאַדאָשטש איז געװען געקליידט הײַנט-װעלטיג, און זײַן פֿרױ איז אױך געװען געקליידט נאָך דער מאָדע. זײ האָבען אָבער געהאַט אַ שם אין שטאָדט מיט זייער פֿרומקײט. מײַן טאַטע פֿלעגט דערצעהלען, אַז חול-המועד פּסח שרײיבט סװיאַדאָשטש ניט, װײיל טינט איז חמץ'דיג.

צװישען די װאָס האָבען געװואױנט אױף דעם אַרימערען גאַניק, איז געװען אַ בלאָנדער שוחט און זײַן ברונעטע װײַב. ער האָט געהונקען אױף אַ פֿוס און זי איז געװען אַ „שאַפעטקע" (זאַאיקע). איהם פֿלעג איך אימער זעהן אין אַ שװאַרצער געװענטענער קאַפּאָטע. ער איז געװען אַ שטילער מענש, און זי — אַ לוסטיגע, אַ לעבעדיגע. אָפֿט, דערצעהלענדיג אַ שפּאַסיגע מעשׂה, פֿלעגט זי זיך פֿאַרשאַפעטען. זי פֿלעגט אָבער ניט פֿאַרלירען איהר גוטען מוט און ענדיגען מיט אַ געלעכטער, אַזױ װי איהר שטאַמלען װאָלט געװען אַ טײל פֿון דעם שפּאַס.

אױפֿ'ן זעלבען גאַניק האָט געװואױנט שמאַלץ דער שרײַבער, אײנער פֿון די באַקאַנטע לעהרער אין שטאָדט. ער האָט געהאַט אַ דונקעלען פּנים און זעהר שװאַרצע האָר און באָרד. הײַנט װאָלט איך געזאָגט אַז ער זעהט אױס װי אַ מעקסיקאַנער. אײנמאָל האָט ער געזעהען װי איך זיץ און שרײַב. מיר האָט זיך געװואָלט קענען שרײַבען װי איצע גאָרדאָן, און איך פֿלעג אָפּזיצען ביז שפּעט אין דער נאַכט קינצלענדיג די אותיות און איבערשרײַבענדיג דיזעלבע שורה צעהנדליגער מאָל. איך בין געװען איבערצײַגט, אַז איך האָב שױן אַ װואונדערבאַרע האַנדשריפֿט. אַלזאָ, האָט שמאַלץ מיר געפֿונען בײַ אײנער פֿון מײַנע ענדלאָזע איבונגען. ער האָט זיך אײַנגעקוקט, געגעבען מיר אַ גלעט איבער'ן קאָפּ, און געזאָגט:

— עהע! שרײַבסט דאָך שױן עפּעס גאָר נישקשה!

62און צו מײַן טאַטען האָט ער באַמערקט: „פֿאַר אַ אינגעל אין זײַנע יאָהרען איז דאָס גאָר ניט שלעכט". אַזױ װי מיט קאַלטע װאַסער װאָלט ער מיר אָפּגעגאָסען.

אין אַ װינקעל, אונטער דעם אָרימען גאַניק, האָט געװואױנט אַ גענזלער, אַ געזונטער יונג מיט אַ בלאַנדער בערדעלע, װעלכער האָט געהאַט אַ געװואױנהײַט אָפֿט צו געבען אַ הױב מיט דער רעכטער פּלײיצע. ער האָט ליב געהאַט אין אונזער שענק צו עסען קװאַשינע. ער איז געװוען אַ פּראָסטער מענש און ער האָט זיך געהאַלטען פֿאַר אַ פּראָסטען.

איין שכן איז געװוען אַ יובעליר, אָדער אַ „דובעלירער", װי מען פֿלעגט זאָגען אין װילנא. ער איז געװוען אַ העפֿליכער יונגער מאַן מיט אַ בלאַנדער בערדעלע, און אין פֿאַרגלײַך מיט דאָס רובֿ פֿון די שכנים איז ער געװוען געקלײַדט נעט און הײינט-װועלטיג. ער איז געװוען פֿאַרהײַראַט, אָבער װי זײַן פֿרױ האָט אױסגעזעהען, געדענק איך ניט.

פֿון אײן פֿאַמיליע, װאָס האָט געװואױנט אױפֿ'ן אָרימערען גאַניק, געדענק איך דײַטליך נאָר אַ אינגעל. אײזקע האָט מען איהם גערופֿען. ער איז געװוען עלטער און גרעסער פֿאַר מיר. מיר זײַנען אָבער געװוען שטענדיגע חברים. טײַלװױיז געדענק איך אױך זײַן עלטערע שװעסטער—װי דורך אַ טומאַן. ער איז געװוען אַן אָרענטליכער, אַ גוטער. ער פֿלעגט אָפֿט מאַכען שפּאַס, אָבער אַלץ אױף אַ שטילען אַנשטענדיגען אופֿן.

דער מאַן פֿון אַ יונגער װײַבעל, װעלכער האָט אין זשירמונסקי'ם הױף געהאַלטען אַ שפּײיז-קרעמעל, איז נאָך מײַן הײינטיגען פֿאַרשטאַנד געװוען דער אינטערעסאַנטסטער פֿון אַלע אונדזערע שכנים. װען די אַנדערע אײַנװואױנער פֿון דעם הױף װאָלטען געװואוסט פֿון דעם װאָרט „טיפּ", װאָלטען זײ אױף איהם געזאָגט: „דאָס איז אַ טיפּ!"

זײַן נאָמען איז געװוען עליע, אָבער מײַן טאַטע פֿלעגט איהם ניט רופֿען אַנדערש װי „עליעטשקע". ער איז געװוען אַ רײיזענדער פּריקאַשטשיק פֿאַר אַ ספֿרים-געשעפֿט, און פֿלעגט אָפֿט63באַזוכען װויטע גובערניעס. אױף פּסח און די ימים נוראים פֿלעגט ער קומען אַהײם אױף אַ לענגערע צײַט; אין מיטען װינטער אָדער זומער פֿלעגט ער זיך אױך באַװױזען, אָבער דאָס רובֿ נאָר אױף עטליכע טעג.

ער איז געװוען אַ יונגערמאַן, מיט ניט קײן מיאוסער פֿיגור, און מיט ניט קײן מיאוס'ען פּנים, אַ װײיסען, און ער איז אימער געװוען פֿול מיט לעבען. װען ער פֿלעגט אַ שמייכעל טאָן, פֿלעגען פֿון זײַן מױל אַרױסבליטשען שעהנע װײיסע צײיהן. דאָס איז געװוען אַן אמת רעליגיעזער מענש, אַ פֿלאַמענד-רעליגיעזער. ער האָט געברענט מיט פֿרומקײט און צו דערזעלבער צײַט האָט ער אױך געברענט מיט לעבענסלוסט. דורך דעם האָט ער געצױגען די אױפֿמערקזאַמקײט אַלס אַ חסידישער כאַראַקטער, און מען האָט איהם גערופֿען חסיד, כאָטש ער איז געװוען אַ מתנגד.

הײַנט, װען איך שטעל זיך איהם פֿאָר מיט אַלץ װאָס איך האָב געזעהען און געהערט פֿון איהם, װאָלט איך געזאָגט, אַז מיט'ן קאָפּ איז ער געװוען אַ מתנגד און מיט'ן האַרצען — אַ חסיד.

ער פֿלעגט אָפֿט זײַן אין פּױלען מיט זײַנע ספֿרים. ער פֿלעגט פֿאַרברײינגען מיט די דאָרטיגע חסידים, און ער פֿלעגט אונז אימער דערצעהלען װעגען זייער התלהבֿות, װעגען דעם גײסט פֿון ברידערליכקײט, װאָס עקזיסטירט אין דעם הױף פֿון זייערען אַ גוטען אידען, װעגען זייער לעבעדיגקײט און לוסטיגקײט, װעגען זייער הנאה אי פֿון דאַװונען, אי פֿון אַ גלעזעל משקה; װעגען זייער איבערגעבענהײט אײנער צום אַנדערען.

מײַן טאַטע פֿלעגט דיזע שילדערונגען אױסלאַכען און די חסידים פֿלעגט ער זידלען. איך גלױב אָבער אַז ער פֿלעגט דאָס טאָן ניט פֿון איבערצײַגונג, נאָר אַלס אַ „פּאַרטיי-מענש".

אָפֿט, הינטער די אױגען, פֿלעגט מען דער שפּײיז-קרעמערקע'ס מאַן רופֿען „עליעטשקע דער משוגענער", כאָטש, װי װוױיט איך האָב פֿאַרשטאַנען, איז ער געװוען קלאָהר װי דער קלעהרסטער און קלוג װי דער קלינגסטער אין זשירמונסקי'ם הױף.

שׂמחת תּורה פֿלעגט ער טאַנצען, שפּרינגען און זינגען,64איבערקערען אַ װועלט; און אין דעם איז דאָס װוידער געװוען אַ געמיש — אַ פֿלאַקער פֿון רעליגיעזער באַגײַסטערונג מיט אַ פֿלאַקער פֿון לעבענס-חשק.

הגם מײַן פֿאַטער פֿלעגט פֿון איהם אָפּלאַכען, זײַנען זײ פֿונדעסטוועגען געװוען װוארימע גוטע פֿרײַנד, און פֿלעגען אָפֿט בײַדע פֿאַרברײינגען צוזאַמען. זײ האָבען געקענט אַ סך בעסער לערנען װי די אַנדערע שכנים. אפֿשר האָט דאָס זײ פֿאַראײיניגט. אָבער דאָס איז ניט געװוען דאָס אײינציגע װאָס זײ האָבען געהאַט געמײַנשאַפֿטליך: מײַן פֿאַטער איז פֿון דער נאַטור אױך געװוען אַ גרױסער ענטוזיאַסט, אױך אַ באַגײַסטערטער פֿרומאַק, נאָר אַ סך געזעצטער װי „עליעטשקע".

שׂמחת תּורה פֿלעגט מײַן טאַטע אױך טאַנצען און זינגען, אָבער ניט אַזױ װילד װי ער. דאַן, אונטער דעם אײינפֿלוס פֿון אַביסעל בראָנפֿען, פֿלעגען זײ זיך אײינער דעם אַנדערען רופֿען „עלקע" און „שאַצקע", אַזױ װי זײ װאָלטען געװוען חדר-אײינגלעך.

אײינמאָל, אין אַ שׂמחת תּורה, װען זײ און אַנדערע אידען פֿון הױף האָבען געהוליעט בײַ אונז אין שטוב, האָט עליעטשקע, טאַנצענדיג, אַראָפּגעכאַפּט דעם פּאַרוק בײַ ליפֿע דעם בערשטעל-מאַכער'ם װײַב. דאַן איז געװוארען אַ מהומה. עליעטשקע האָט זיך ענטשולדיגט טויזענט מאָל. מיט דער געשיכטע האָט מען געקאָכט. מען האָט געזאָגט, אַז פֿון עליעטשקע דעם משוגענעם קען מען אַלץ ערװוארטען.

װען מײַן טאַטע פֿלעגט זײַן „אַנגעשניאָשקעט", װי ער פֿלעגט זיך אױסדריקען, — און דאָס פֿלעגט טרעפֿען נאָר שׂמחת תּורה אָדער עפּעס אױף אַ שׂמחה — פֿלעגט ער זינגענדיג אַ פֿרײיליכע האָפּקע זיך צואװױינען. דאַן פֿלעגט איהם עליעטשקע שלעפּען און שרײיען:

— מען טאָר הײַנט ניט װויינען, שאַצקע!! לאָך, אפֿיקורס דו!

װען עליעטשקע איז געװוען אין דערהײם, און ער איז אַרײַן צו ליפֿע'ן צו קבלת שבת, פֿלעגט ער דערצעהלען פֿון זײַנע רײיזעס, און דאַן פֿלעגען אַלע זיך צוהערען װי געשפּאַנטע. איך געדענק װי ער האָט געשילדערט אַ לוסטיגע שפּיל אין שמיץ-65בײַ חסידים, אין אַ טיף-פּױלישע שטעדטעל, און װי מען האָט איהם אױסגעצויגען און „אַרײַנגעהאַקט".

אײינמאָל איז בײַ עליעטשקע'ן אין שטוב פֿאָרגעקומען אַ געשיכטע, װעגען װעלכער מען האָט דערנאָך גערעדט אין דעם גאַנצען סטעפּאַן-גאַס געגענד.

זײַן װײַב'ם שפֿיץ-קראָם איז אַרױסגעקומען אױפֿ'ן גאַס, אַזױ װי אונזער שענק, נאָר אױף דער אַנדערער זײַט הױף, אױף דעם סאַמע ראָג פֿון דעם זאַװואוליקעל. און זייער װואוינונג איז באַשטאַנען פֿון דרײַ קלײינינקע צימערלעך, װעלכע האָבען זיך געצויגען הינטער דער קרעמעל.

האָבען זײ אײן צימערעל פֿאַרדונגען. אַ געװיסע צײַט האָבען דעם דאָזיגען צימער פֿאַרנומען צװױי שילער פֿון דער װילנער ראַבינער שוהל, אַ צעהן-קלאַסיגער אַנשטאַלט, װאו אידישע יונגע לײַט האָבען געשטודירט אױף לעהרער אָדער אױף קאַזיאָנעם רב, און װאו מען האָט אַלץ געלערענט אױף רוסיש.

אײינמאָל, אין אַ שבת נאָכמיטאָג, האָט פֿון יענעם צימער זיך געװויזען דער רױך פֿון פּאַפּיראָסען.

עליעטשקע האָט געװואָלט אַרײַנגעהן צו זײ און מאַכען אַ סקאַנדאַל. די טיר איז אָבער געװוען פֿאַררוקט פֿון אינװועניג. ער האָט גענומען זעצען אין טיר, שרײיען, שילטען, אַז מען איז זיך צוזאַמענגעלאָפֿען פֿון גאַנצען הױף. די „ראַבינטשיקעם" האָבען ניט געעפֿענט און ניט געענטפֿערט. עליעטשקע האָט װוױיטער געזעצט אין טיר, אָבער צופֿיל זעצען איז געװוען אַ סכנה, טאָמער ברעכט ער אױף די טיר אום שבת. האָט ער דערפֿאַר גענומען שטאַרקער באָמבאַרדירען מיט'ן צונג. ער האָט געפֿולװוערט, געשטורעמט. זײַן קול האָט זיך געקענט הערען איבער'ן גאַנצען מערקעל.

די „ראַבינטשיקעם" האָבען פֿאַרטייעט דעם אָטעם און װוױיטער געשװויגען. די באַלאַגערונג האָט אַזױ אָנגעהאַלטען אַ היבשע צײַט. ענדליך האָבען זיך די באַלאַגערטע אונטערגעגעבען. אױף מאָרגען זײַנען זײ געצװואונגען געװוען זיך אַרױסצוקלײַבען.

66אַ סוכּה פֿלעגט מען בױען פֿאַר'ן גאַנצען הױף, מיט דער אױסנאָהמע פֿון די פֿינעסעס מיט דעם אָקס-הענדלער, װעלכע האָבען געהאַט אַ באַזונדערע סוכּה אױפֿ'ן „רײַכען גאַניק".

די גרױסע אַלגעמײינע סוכּה פֿלעגט מען אױפֿשטעלען אױפֿ'ן הױף. און אין איהר פֿלעגען שטעהן צװױי גרױסע טישען, צוזאַמענגעקלאַפֿעטע פֿון ברעטער מיט פּוסטע פֿעסער אַנשטאָט פֿיס. געבױט האָט איהר מײַן טאַטע, װעלכער האָט איבערהױפּט ליב געהאַט צו מײַסטערעװון, מיט דער הילף פֿון עליעטשקע'ן און די אײינגלאַך פֿון הױף. יום כּפּור, נאָך נעילה, װען דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון שוהל, פֿלעגט ער גלײַך אַרײַנשלאָגען „דעם ערשטען פֿלעקעל".

די מאָלצײַטען אין סוכּה, הױפּטזעכליך די ערשטע סוכּות'דיגע װועטשערע, פֿלעגען מיר פֿאַרשאַפֿען כּמעט אַזױ פֿיל גליק װי פּסח דער סדר. אין אַ געװויסען זין נאָך מעהר. אַלע משׂפּחות זיצען צוזאַמען. ס'איז יום-טובֿ'דיג. ס'איז פֿרײַלעך, און ס'איז אונגעװוועהנליך — דאָס איז דער עיקר. יעדער זעהט װאָס יעדען אַנדערען דערלאַנגט מען צום טיש. יעדע בעל-הבית'טע פֿײַנט זיך אױס. דאַ מאַכט אײינער קידוש, דאַ אַ צװױיטער, דאַ אַ דריטער. די האַרץ ציטערט אױס פֿון נײַגעריגקײט און אינטערעס.

דער קידוש אין סוכּה דעם ערשטען אָװונד איז בײַ מיר געװוען װי די טײַערסטע אַװוערטורע צו אַן אָפּערא. די הימלישע אױפֿרעגונג, װאָס איך פֿלעג דערבײַ פֿיהלען, קען איך קײנמאָל ניט פֿאַרגעסען.

די װוױיבער און די מײידלעך זײַנען דאָס רובֿ אין סוכּה ניט געזעסען. זײ זײַנען געװוען פֿאַרנומען דערלאַנגענדיג די מענער און די אײינגלעך צום טיש. עס זײַנען אָבער געװוען אַ פּאָר אױסנאַהמען. און אײינע פֿון זײ איז געװוען די שאַפּעטקע, די פֿרױ פֿון דעם בלאַנדען שוחט. װוער עס האָט זײ דערלאַנגט דאָס עסען, געדענק איך ניט. זי פֿלעגט אימער זיצען מיט איהר מאַן אין סוכּה. אָט זיצט זי מיט איהר שװוארצען פּאַרוק לעבען זײַנע בלאָנדע פּאות, אַ פֿרעהליכע, װי געװועהנליך. זי קוקט איהם אַלע װוײילע אַרײַן אין די אױגען. זי זאָרגט זיך67װועגען זײַן יעדען ביסען. זי מאַכט צו איהם אױאיעלעך װי אַ מאַמע צו אַ קינד.

די אַנדערע װוױיבער, װאָס באַמערקען דאָס, באַרידען איהר דערנאָך. „זי װיל װײַזען אַז זי האָט איהם האָלט" — זאָגען זײ צװוישען זיך. קײן גיפֿט איז אָבער אין זייער לשון הרע ניטאָ, װוארום די שאַפּעטקע איז פּאָפּולער צװוישען זײ.

נאָך'ן עסען זינגט מען, און עס איז פֿרעהליך אױף אַן אַנדער אופֿן. עליעטשקע לאָזט זיך פֿיהלען מיט זײַן לוסטיגקײט, מיט זײַן שײַנענדיגען פֿרומען פּנים, און מײַן טאַטע מיט זײַן הױכער, שטאַרקער טענאָר-שטימע. ליפּע דער בערשטעל-מאַכער זינגט מיט חזנישע שטאָלץ.

איך האָב אימער געבעטען גאָט דער הימעל זאָל זײַן קלאָר, װוארים װען עס קאַפּעט דורכ'ן סכך אַרײַן דער קלענסטער טראָפּען, װוערט אַ פּאָגראָם: מען כאַפּט גלײַך אַראָפּ פֿון די טישען און מען טראָגט אין שטוב. װאָס פֿאַר אַ ביטערע ענטױשונג דאָס פֿלעגט זײַן!

9
דער רױטער שלאָף-באַנק. — אַ קעצעלע. — דוד דער פֿלעקסער.

דער טאַטע האָט געלאָזט מאַכען אַ נײַעם שלאָף-באַנק.

אין נױ יאָרק קױפֿט מען אַלץ. אין װילנא פֿלעגט מען אַלץ לאָזען מאַכען. דער נײַער שלאָף-באַנק איז געװוען אָפּגעפֿאַרבט אױף רױט, און מיט זײַן רױטער ניקײט איז געװוען פֿול אין שטוב. מיר, װוױינגסטענס, האָט דאָס בוכשטעבליך באַצױבערט.

איך האָב זיך פֿון דעם שלאָף-באַנק ניט געקענט אָפּרײַסען, און ניט נאָר די ערשטע עטליכע טעג, נאָר אַ לאַנגע צײַט שפּעטערדעם.

דער כּשוף פֿון זײַן פֿרישער רױטיקײט האָט מיר ניט געשטערט צו שרײַבען מיט קרײַד אױף איהם. אדרבה, עס האָט מיר נאָך געצױגען דערצו. און — איך װוייס ניט פֿאַרװואָס — די מאַמע האָט מיר געלאָזען. זי האָט געהאַט אַ שם פֿאַר אַ68ציכטיגע; דאָך האָט זי מיר געלאָזען. מסתּמא האָט זי געהאַט צופֿיל דאגות אױפֿ'ן קאָפּ דאָס צו באַמערקען.

דער שלאָף-באַנק האָט געהאַט אַ ברעט צום װאַנט זיך אָנצושפּאַרען, אַ גרױסע דיקע ברעט מיט אױסשניטען פֿון בײַדע זײַטען.

דיזע רױטע ברעט האָב איך געברױכט װי מען ברױכט דעם טאַפֿעל אין אַ קלאַס. איך פֿלעג איהר פֿאַרשרײַבען מיט װוערטער און פֿאַרמאָלען מיט מענטשעלעך און מיט אַנדערע פֿיגורען — אַ קײַילעכל מיט פֿיער פּאַסיקלעך פֿאַר אַ מענטשעל און אַן עהנליכע פֿאַטשקעריי פֿאַר אַ פֿױגעל אָדער אַ פֿערד.

איך פֿלעג שרײַבען און מאַכען, און װוידער שרײַבען, מאַלען און מאַכען. װאָס איך האָב געשריבען אָדער געמאַלען, דערפֿון איז בײַ מיר ניט פֿאַרבליבען די שװואכסטע ערינערונג. שרײַבען פֿלעג איך טראַכטען און טרױמען און פֿאַרשטעלען זיך משוגה'דיגע זאַכען. איך בין אָבער ניט זיכער, אַז זײ האָבען געהאַט אַ שײַכות צו דעם װוערטער אָדער די „בילדער". איך בין געגאַנגען צו גלױבען אַז די האַנט האָט געאַרבעטעט באַזונדער און דער מוח באַזונדער. אײיניגע פֿאַנטאַזיעס — װאָס פֿלעגען זיך דרײיהען אין מײַן זיבען-יאָהריגער קאָפּ, זײַנען אין מײַן זכרון יאָ פֿאַרבליבען. אָט זײַנען אַ פֿאַר פֿון זײ:

איך שטעל מיר פֿאָר אַ פֿעלד, און פֿון װוױיטען זעהען זיך די זײילען אין דער פֿאָרעם פֿון קוימענס, אַזעלכע װי די װאָס איך האָב געזעהען װוען מיר האָבען זיך אַריבערגעקליבען פֿון פּאָדברעזע קײן װילנא. דורך די פֿעלדער געהען יוסף'ס ברידער (זײ זײַנען אױס װי די אידען, װאָס ברענגען אין פּאָדװאַל די פֿעסער מיט בראַנפֿען, פֿון דעם פֿעטער אריה-לײב'ס ברידער). זײ געהען און געהען, ביז אין דער װוױיטן באַװוױיזען זיך אַ שעהנער אינגעל, מיט שװוארצע האָר. דאָס איז יוסף. די פֿעלדער הערען אַלץ ניט אױף צו געהן, און צו יוסף'ן קומען זײ אַלץ ניט צו. די זײילען זײַנען אי זעהר װוױיט, אי גאַנץ נאָהענט, און זײ זײַנען אַזױ שעהן! די ברידער פֿרעגען: „איז דאָס מצרים?" און איך ענטפֿער זײ: „יע, דאָס איז מצרים, און יוסף איז דער שני למלך!"

69אַ גאַנצען אַװוונט פֿלעג איך אַזױ פֿאַרברענגען, שרײַבענדיג, מאַלענדיג פֿיגורען און טרױמענדיג אַלץ װועגען די זײילען מיט יוסף'ס ברידער. װי אין אַ הינער-פֿלעט פֿלעג איך מיט דיזע פֿאַנטאַזיעס זיצען — זיצען מיט'ן פּנים צו דער רױטער ברעט.

אָפֿט פֿלעג איך זיך פֿאָרשטעלען דעם ים. איך האָב געמיינט, אַז ער געפֿינט זיך אין קאָװונע, און אין מײַן פֿאַנטאַזיע האָט ער אױסגעזעהען װי די טײיל פֿון דער װיליא, װי איך האָב איהר אַ מאָל געזעהען פֿון דעם גרינעם בריק, װוען דער טאַטע האָט מיר גענומען אַהין. אָט אױף דעם דאָזיגען ים געהען „אָקרענטען" מיט סחורה און די סחורה געהערט צו מײַן טאַטען. יעדער אָקרענט האָט אױסגעזעהען װי דער „פּראָם", װאָס איז געגאַנגען פֿון אײין ברעג װיליא צום צװוײיטען, און די סחורה איז באַשטאַנען פֿון טונען הערינג און זעק מיט קאָרן. דער טאַטע איז אַ גרױיסער סוחר. ער האָט אַ סך געלט און ער האָט פֿאַר'ן פֿעטער אריה-לײב קײן מורא ניט.

אַן אַנדער טרױם — װאָס פֿלעג זיך אַרײַננעמען אין מוח, בשעת איך האָב געפֿאַטשקעט מיט קרײַד אױף דער שלאָף-באַנק-ברעט, זײַנען געװוען די פֿליגען, װאָס זײַנען אַרומגעפֿלױגען אין שטוב. דאָס זײַנען געװוען פֿאַרשאָלטענע רשעים; שפּעטער האָב איך זײ צוטיילט: אײיניגע פֿליגען זײַנען רשעים און אַנדערע צדיקים. זײ פֿיהרען מלחמות, און די צדיקים זיגען, נאַטירליך.

איך פֿלעג כאַפֿען פֿליגען און זײ מוטשען, װי אַלע אײינגלעך טוען. איך פֿלעג אין אַ פֿליג אַרײַנשטעקען אַ שטרױ און אַזױ איהר לאָזען געהן איבער'ן טיש. דאָס האָט געהייסען אַז זי דינט בײַ מיר װי די אידען אין מצרים. אָדער איך פֿלעג עטליכע פֿליגען אַרײַנלאָזען אין אַ פֿלעשעלע, אַרײַנבלאָזען אַהין רױך און פֿאַרשטאָפּען. די דאָזיגע פֿליגען זײַנען אימער געװוען רשעים. אײינע האָט, צום בײַשפּיל, אין זיך געהאַט דעם גלגול פֿון פֿרעה'ען, אַ צװוײיטע פֿון המנ'ען, אַ דריטע פֿון דעם רוסישען גענעראַל-גובערנאַטאָר, װאָס איז געװוען שלעכט צו אידען אין װילנא.

דער טאַטע פֿלעגט מיר דערצעהלען מעשׂות פֿון „ספֿר70הישר" און פֿון „יוסיפֿון", און איך פֿלעג זיך צוהערען מיט אַ האַסטיג-שלאָגענדען אָטעם; פֿלעגען זיך די דאָזיגע מעשׂות איבעראַרבײַטען אין מײַן פֿאַנטאַזיע און זיך פֿאַרשטעלען מיט פֿליגען און ביהנען און זומער-פֿױגעלעך, אַנשטאָט מענשען. שפּעטער האָב איך אַלײן געלײיענט דעם ספֿר הישר.

פּאָדברעזע האָט נאָך לאַנג פֿאַרפֿאָלגט מײַן יונגע אײַינבילדונגס-קראַפֿט.

איך פֿלעג די שטעדטעלע אָפֿט זעהן װי פֿאַר די אױגען, מיט דער לאָנקע װאָס איז געלעגען ניט װוױיט פֿון אונזער שטוב. די דרײַ סאָרטען בלומעלעך, װאָס איך האָב געקענט אין פּאָדברעזע (אָהן נעמען), פֿלעגען זיך מיר אין װילנא, אין מײַן זיבען-יאָהריגער פֿאַנטאַזיע פֿאָרשטעלען אין דער געשטאַלט פֿון מענשען. מיר פֿלעגט זיך דוכטען אַז זײ שעפּטשען און שושקען זיך צװוישען זיך — אַלץ בײַ דעם רױטען שלאָף-באַנק.

אױף דער לעזשאַנקע אַנטקעגען דעם שלאָף-באַנק איז געװוען די הײם פֿון אַ קלײינע קעצעלע, אַ געלע, אָבער אַ שעהנע. און אַפֿילו װען זי איז אױסגעװואַקסען, איז זי אױך ניט געװוען זעהר גרױיס. איך בין צו איהר צוגעבונדען געװוארען, און פֿלעג מיט איהר זיך שפּילען צעהנדערלינע מינוטען נאָכאַנאַנדער. און מײַנע שפּילען מיט איהר האָבען אױך געהאַט דעם כאַראַקטער פֿון פֿאַנטאַזיע. זי איז געװוען ניט קײן קעצעלע נאָר אַ מענש. אַמאָל איז זי געװוען דער העלד פֿון מײַן מעשׂה, אַמאָל דער העלד פֿון אַן אַנדערער, אָבער אימער האָט זי פֿאַרגענומען אַ העלד פֿון אַ צדיק. אַמאָל פֿלעג איך זיך מיט איהר שפּילען אױף דער לעזשאַנקע און אַמאָל פֿלעג איך איהר אַריבערנעמען אױף מײַן שלאָף-באַנק און דאָרטען פֿאַנטאַזירען מיט איהר.

אײינמאָל איז זי פֿאַרשװואונדען; אימיצער האָט זי אַרױסצוגענומ'ען. איך האָב נאָך איהר געבענקט מיט אַ שאַרפֿע, שמערצליכע בענקעניש. איך האָב געװויינט, געבעטען זיך בײַ מײַן פֿאַטער און מוטער אַז זײ זאָלען איהר אַהער אױפֿזוכען. מען האָט אָבער ניט געהאַט קײן באַגריף װואו זי איז אַהינגעקומען. אַ היבשע צײַט שפּעטער האָב איך איהר דערקענט אױפֿ'ן גאַס71ערגעץ-װואו. איך האָב זיך צו איהר צוגעלאָפֿען. זי האָט מיר שױן אָבער ניט דערקענט, און אַ פֿאַר טעג האָב איך דערפֿון שמערץ געליטען.

בײַ אונז פֿלעגט זיך אָפֿט אָפּשטעלען אַ איד מיט'ן נאָמען דוד, װעלכער איז געװוען באַקאַנט אַלס דוד דער פֿלעקסער, לױט זײַן מלאכה. ער פֿלעגט שלאָפֿען אױף דער לעזשאַנקע, און קײן אַכסניא-געלט פֿלעגט ער ניט צאָהלען. ער איז געװוען באַפֿרײַינדעט מיט מײַנע עלטערען נאָך פֿון פּאָדברעזע, װאו ער האָט אױך אַמאָל געװואַנדערט, און ער איז בײַ אונז אימער געװוען אַ גוטער גאַסט.

געװואַנדערט האָט ער איצט אין טראָק. אױף אײין פֿלאַץ איז בײַ דער פֿלעקסעריי קײן שטענדיגע אַרבייט ניט געװוען. פֿלעגט ער אַרבייטען הײַנט דאָ, מאָרגען דאָרטען, און װוען ער פֿלעגט האָבען װאָס צו טאָן אין װילנא, איז זײַן קװואַרטיר געװוען בײַ אונז.

אַ נידעריגער, אַ דאַרער, מיט קורצע גרױע האָר, מיט אַ קלוגען פּנים, און מיט שטילע קלוגע רייד, אָפֿט מיט אַ װויץ, איז ער געװוען אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין שענק. ער האָט דאַן געמוזט זײַן אַ איד פֿון אַ יאָהר פֿופֿציג. אױף מיר האָט ער געמאַכט אַן אײַינדרוק װי אַ גוטמוטיגער. בײַ זיך אין דערהײם אָבער, אין טראָק, איז ער אָפֿט געװוארען אין כעס, און דאַן פֿלעגט ער דאָס אַרױסװוײיזען אױף אַ שאַרפֿען שטײַנער, אָבער אַפֿילו אין דעם איז בײַ איהם אױך געלעגען הומאָר.

מײַן טאַטע פֿלעגט װעגען איהם דערצעהלען פֿאַרשידענע מעשׂה'לעך, און פֿון זײ געדענק איך די פֿאָלגענדע צװוױי:

ר' דוד טוט אָן אױף זיך אַ „נאַסטשע" מיט צװוױי עמער און געהט נאָך װואַסער. ער קומט צוריק מיט פֿולע עמערס. ער געפֿינט אָבער אַז די װואַסער-פֿאַס איז צוגעדעקט. זײַן װוױיב האָט פֿאַרגעסען אַראָפּצונעמען דעם דעקעל. בײַ דוד'ן צופֿלאַקערט זיך דער כעס. ער שרײַט אָבער ניט. שרײַען האָט ער פֿײַנט. ער מאַכט זיך כּלומרשט, אַז די פֿאַס איז אָפֿען, און ער גיסט פּשוט די װואַסער איבער'ן דעקעל. אַזױ האָט ער אױסגעלײידיגט בײַדע עמער. אין דעם פֿירהױז איז72אַ מבול; די װוױיב קומט צולױפֿען, מאַכט אַ גװואַלד. דוד שװוױיגט אָבער, אַזױ װי ניט איהם מײַנט מען דאָס.

אײינמאָל, פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס, װוען ער איז געקומען פֿון שוהל, האָט ער ניט געפֿונען גרײיט אױפֿ'ן טיש. ניטאָ קײן חלה אױף צו מאַכען קידוש. די װוױיב איז אין יענעם מאָמענט נישט געװוען אין שטוב. װוען זי איז אַרײַנגעקומען, האָט זי דערהערט, װי מען זינגט אונטער'ן טיש. דוד איז דאָרטען געזעסען אױף די קניע, אַ צוזאַמענגעקאָרטשעטער, און געמאַכט קידוש.

צײַטענװוײיז, װוען קײנער איז ניט געװוען בײַם טיש-קעסטעל, פֿלעג איך פֿון דאָרטען אַרױס'גנבֿ'ענען אַ קאָפּיקע און אַמאָל מעהר אױך. אײינמאָל האָט די מאַמע מיך געכאַפּט.

— װאָס טוסטו בײַם טיש-קעסטעל? — האָט זי געפֿרעגט מיט אַ שטרענגען טאָן.

— ער דאַרף אָפּבײַטען אַ רובל — האָט ר' דוד באַמערקט.

מײַן מאַמע האָט גענומ'ען שמייכלען און האָט זיך צובראָכען איהר כעס.

די װאָס האָבען איהם געקענט אױבערפֿלעכליך, פֿלעגען מײַנען אַז ער אַלײן איז קײנמאָל ניט בייז אָדער צוטראָגען. עס איז געװוען אַ טעות. ער פֿלעגט װויסען װי צו באַהאַלטען זײַן אמת'ע שטימונג. אינוװעניג אין האַרצען האָט ער געקענט פֿאַרקומען גאָט װוייס װאָס; פֿון דרױסען איז ער אין דער פֿרעמד אימער געװוען גוטמוטיג און פֿול מיט הומאָר.

ער איז געװוען פּאָפּולער בײַ אַלע פּאָדברעזער, װאָס האָבען געװואוינט אין װילנא. זײ האָבען איהם געהאַלטען פֿאַר אַ חכם און פֿלעגען זיך מיט איהם האַלטען עצות.

אײינער פֿון די גאַס-מענשען האָט אַמאָל געזאָגט צו מיר:

— װאָס ביזטו אַזױ פֿאַרטראַכט? גאַנצענע טעג זיצט ער און טראַכט.

— ער דאגה'ט טאָמער װועלען זײַנע שיפֿען אונטערגעהן אױפֿ'ן ים — האָט באַמערקט ר' דוד.

איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז נאָר אַן אױסדרוק אַזאַ, און זײַנע װוערטער האָבען מיך איבעראַראַשט. פֿון װואַנען73װוייס ער פֿון מײַנע אָקרענטען? — אױב אַזױ, װוייס ער מסתּמא אױך װועגען מײַנע פֿעסער מיט הערינג און זעק מיט תּבֿואה? איך בין געגאַנגען זיכער, אַז ער פֿאַרשטעהט װאָס עס טוט זיך בײַ מיר אין האַרצען. פֿון דעסטמאָל איז אױך ער בײַ מיר געװוארען אַ גרױיסער נבֿיא. איצט האָב איך שױ' פֿאַרשטאַנען פֿאַרװואָס מען האַלט איהם פֿאַר אַזאַ חכם.

10
דריטער חדר. — חאַצקעל. — תּהלים. — אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט. — משה אַפּאַטאָװ.

חאַצקעל'ס חדר, מײַן דריטער חדר אין װילנא, איז געװוען אױף סאַװוױיטשער גאַס — װוידער אַבֿיסעל צו װוײיט. אָבער ערשטענס, בין איך שױן איצט געװוען אַכט יאָהר אַלט, און צװוױיטענס, האָט די מוהמע פֿײַנע געװואוינט בײַם ברעג גלעזער גאַס, לעבען „פּלאַץ", און דאָס איז געװוען צװוױי מינוט גאַנג פֿון מײַן נײַעם חדר; פֿלעג איך בײַ איהר עסען אָנבײַסען (דינער) און פֿאַרשפּאָרען צו געהן אַהיים אין מיטען טאָג.

לױט דעם באַגריף פֿון יענע צײַטען, איז חאַצקעל געװוען אַ מלמד פֿון אַ פֿאָרטגעשריטענעם סאָרט. ער האָט געטראָגען גאַנץ קלײַנע פּאות און איז געװוען געקלײידעט כּמעט „הײַנט-װועלטיג". תּנ"ך האָט ער מיט די אינגלעך געלערענט מיט מענדעלסאָן'ס דײַטשען פּירוש, טײַלװוייז מיט די דײַטשע װוערטער מיט אַלעמען. און געזאָגט האָט מען די װוערטער ניט מיט'ן פֿאַרצײַטיגען תּנ"ך-ניגון, נאָר מען האָט זײ דעקלאַמירט.

מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָט די רעגירונג יעדען מלמד אין דעם װוילנער געגענד געצװואונגען צו קױפֿען גאַנץ תּנ"ך מיט מענדעלסאָן'ס „ביאור" און מיט דער דײַטשער איבערזעצונג, און טאָקע מיט דײַטשע בוכשטאַבען*. די איבערזעצונג איז

* די רעגירונג האָט דאָס געטאָן אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון דער אידישער אינטעליגענץ, װועלכע האָט די אידישע שפּראַך באַטראַכט אַלס אַ זשאַרגאָן, אַלס אַ לשון פֿון אונװויסענהייט, און װועלכע האָט, פֿון אית-

74געװוען באַזונדער, און דאָס רובֿ מלמדים פֿלעגען איהר אױסלאַכען. זײ האָבען נאָר געלאָזען בינדען דעם לשון-קודש'דיגען טעקסט מיט'ן ביאור.

די בלעטער מיט די דײַטש האָבען זיך געװואָלגערט אױף די בױדימער אָדער אין די קעלערען. סײַ-װוי-סײַ האָבען זײ דאָס ניט געקענט לײיענען. מײַן טאַטע האָט אַזאַ פּאַק דײַטשע בױגענס מיטגעבראַכט פֿון פּאָדברעזע װאו ער איז געװוען אַ מלמד, און איך פֿלעג זײ זעהן בײַ אונז אױפֿ'ן בױדעם, איבער'ן שענק.

די זעלבע איבערזעצונג איז דערנאָך געדרוקט געװוארען מיט אידישע בוכשטאַבען און צוזאַמען מיט דעם לשון-קודש'דיגען טעקסט. דאָס האָבען אױך געברױכט נאָר די „הײַנט-װועלטיגע" מלמדים. און אַזאַ תּנ"ך האָט בײַ זיך אין חדר געהאַלטען חאַצקעל. אָפֿט פֿלעגט ער אין מיטען לערנען זיך אָפּשטעלען, אַ קוק צו טאָן אין די דײַטש. ער פֿלעגט פּרובֿען אױסריידען די װוערטער װי אַ דײַטש, און מיר פֿלעגען דאָס איהם אַזױ נאָכזאָגען.

דער הױף איז געװוען זעהר אַ שמאָלער און אַ לאַנגער. בײַ זײַן װוײַטערען ברעג פֿלעגט אַ קאָטלער האַמערען גרױיסע קופֿערנע קעסלען — דער אײינציגער קאָטלער װאָס איך האָב װוען עס איז געזעהן אין רוסלאַנד. ער האָט געאַרבייט צוזאַמען מיט אַ אײינגערען בעל-מלאכה און די קופֿער-הילכענדע קלעפּ פֿון זייערע האַמערס פֿלעגען מיר פּױיקען אין מח בשעת מיר זײַנען געזעסען און געלערנט.

איך בין צו דעם צוגעװואוינט געװוארען. דער טאַקט פֿון די צװוױי האַמערס איז בײַ מיר געװוארען אַ מוזיקאַלישע באַגלײַטונג צו די דעקלאַמאַציאָנס-טענער, מיט װועלכע חאַצקעל פֿלעגט מיט אונז לערנען „ישעיה". און דאַן איז דאָס אין מײַן זכרון פֿעסט פֿאַרבליבען. װוען איך דערמאָן זיך אָן אַ געװוויסען פּסוק מיט

* (המשך) ...זײַט, זיך געפֿונען אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון דער „השכּלה" באַװועגונג בײַ די דײַטשע אידען פֿון אַ פֿריהערדיגען דור. שפּעטער, װוען עס האָט זיך באַװוײיזען דער אידישער טעאַטער אין רוסלאַנד, האָט די רעגירונג אַ לאַנגע צײַט שפּילען אױף אידיש ניט ערלױבט, סײַדען מען האָט די אידיש כּלומר'שט פֿאַרהװואַנדעלט אין דײַטש.

75ישעיה, קומט ער מיר עד היום פֿאָר צוזאַמען מיט דעם קופֿערנעם אָפּהילך פֿון דעם האַמער-דועט.

בײַ חאַצקלען האָב איך אָנגעהױבען צו לערנען גמרא. מיר האָבען געלערנט „שור שנגח את הפֿרה", בבא קמא, און אין תּנ"ך האָבען מיר געלערנט „ישעיה".

װוען אימיצער פֿון זײַנע באַקאַנטע פֿלעגט באַזוכען דעם חדר, און ער פֿלעגט רײידען װעגען זײַנע תּלמידים, פֿלעגט ער װוינקען אױף די, װאָס האָבען „גוטע קעפּ". איך בין געװוען אײינער פֿון זײ. דאָס האָט איהם אָבער ניט געשטערט מיר צו שטורכען אין זײַט און צו שרײַען: „װוײיטער, טריפֿה'נער ביין!"

װוען ער פֿלעגט דאָס זאָגען, פֿלעגט ער קריצען מיט די צייהן און מאַכען אַ מינע פֿון אַ גזלן. אַזױ פֿלעגט ער רײידען צו אַלע אינגלעך, צו די בעסטע, אַזױ גוט װי צו די ערגסטע; צי מיט אַן אורזאַכע, צי סתּם אַזױ.

דער אינגסטער תּלמיד אין חדר, און דער קלענסטער אין װואוקס, איז געװוען אַ אינגעלע מיט'ן נאָמען הירשקע (זײַן פֿאַמיליע איז געװוען ביעליקאָוו). ער האָט געהאַט זעלטענע פֿעהיגקײטען. אָבער אַנשטאָט איהם צו באַװואונדערען פֿלעגט חאַצקעל איהם גראַד שלאָגען מעהר װי אַלע אַנדערע תּלמידים. „נגישות װועל איך דיר אָנטאָן!" — פֿלעגט ער איהם סטראַשען, און ער פֿלעגט דאָס טאַקע מקיים זײַן אױך. אַ מין „סאַדיסטישע" ליידענשאַפֿט האָט ער געהאַט דיזען קליינינקען, דאַרינקען אינגעלע צו מוטשען. און װואָס גיכער ער האָט פֿאַרשטאַנען די גמרא, און װואָס בעסער ער האָט איהר געדענקסט און געװואוסט, אַלץ מעהר פֿלעגט ער זיך צו איהם טשעפּען. ער פֿלעגט איהם קנייפֿען, דרעהען דעם אױער, רײיסען די האָר. און הירשקע פֿלעגט זעלטען-װוען אַרױסלאָזען אַ געשריי, און דאָס פֿלעגט דעם רבי'ן נאָך מעהר צורײיצען.

הירשקע'ס עלטערען האָבען געװואוינט עטליכע טריט פֿון אונז. זײַן מוטער האָט געהאַלטען אַ בשמים-קראָם בײַ דעם אָנהויב פֿון גרױיס-סטעפֿאַן גאַס. כמעט אַנטקעגען אונזער שענק איז דאָס אױסגעקומען — אױף יענער זײַט פֿון דעם „מערקל". זייער װואוינונג איז געװוען הינטער'ן קראָם. איך פֿלעג76אַרײַנקומען צו זײ. אײַין מאָל האָט זײַן פֿאַטער, לײזער, אָנגעהױבען מיר צו פֿרעגען װועגען אונזער חדר, און צי שלאָגט חאַצקעל די קינדער. אָבער פֿון חדר האָבען מיר ניט אױסגעזאָגט, ניט הירשקע, ניט איך. גליקע, הירשקע'ס מוטער, איז אַרײַנגעקומ'ען און מיר גענומען אױפֿ'ן קרײיץ-פֿאַרהאָר. זי האָט נאָר ניט אױסגעפֿיהרט. זי איז אָבער דערגאַנגען דעם אמת דורך אַנדערע קװועלען.

דאַן איז זי אַרײַנגעקומ'ען צו אונז און זיך באַקלאָגט פֿאַר מײַן פֿאַטער, אַז חאַצקעל ממית'ט די קינדער, און זי האָט געפֿאָדערט אַז מײַן טאַטע זאָל זיך אַרײַנמישען.

מיט װואָס דאָס האָט זיך געענדיגט, געדענק איך ניט. צונעמען אַ אינגעל פֿון אַ מערדערליכען מלמד איז ניט געװוען אַזױ גרינגע געשיכטע װי מײַנע לעזער קענען מײינען. אַ חדר, מיט דעם קאַנטשיק מיט אַלעמען, איז געװוען הײיליג. פּונקט װי די אינגעלעך האָבען ניט געסמייעט אױסצוזאָגען פֿון חדר, אַזױ האָבען עלטערען דאָס רובֿ ניט געסמייעט צו שטערען אַ מלמד ערפֿילען זײַן פֿליכט אַלס ערציהער.

און װי אַזױ קען מען אַזאַ פֿליכט ערפֿילען אָהן שמיץ, קניפּ, אָדער בוכצעס? װען עלטערען האָבען געפֿאָדערט בײַ אַ רבי'ן אַז ער זאָל דעם אינגעל ניט אָנרירען, האָט דאָס געהײיסען אַז זײ „פֿאַרציהען" דעם אינגעל; אַז זײ „צולאָזען" איהם; אַז ער װועט אױסװואַקסען אַ גאָרנישט. און אָנצײיכענען אַ גרענעץ צװוישען „אָנשטענדיגע" שמיץ און די רציחות פֿון אַ „קאַט" איז ניט געװוען לײיכט.

דעם צימער אױף סאַװוױיטשער גאַס, װאו חאַצקעל האָט געהאַלטען זײַן חדר, האָט ער געדונגען בײַ אַ פֿאַמיליע. זײַן אײַינגענע דירה איז געװוען אַנדערשװואו. אין דער פֿריה פֿלעגט ער מיטברענגען צװוױי „שװוארצע קוכעלעך" אױף איבערבײַסען, און ער פֿלעגט זײ עסען אין אונזער געגענװוארט. איך פֿלעג נאָכקוקען װוי ער עסט זײ, און מיר פֿלעגט זיך דוכטען, אַז מעהר פֿון אַלץ האָט ער הנאה פֿון די מעהל, מיט װועלכע די דונקעלע, װוייכע קוכעלעך זײַנען באַשאָטען. קײן פֿוטער צו די קוכעלעך האָט ער ניט געהאַט.

אָנבײַסען פֿלעגט איהם ברענגען זײַן װוייב — אַ יונגע, אַ שװוארצליכע פֿרױ, אַ מלמד'ס אַ טאָכטער. איהר ברודער,77בערקע, אַ שעהנער, אַ שטאַרק-חן'עוודיגער אינגעל, מיט אַ פֿײַנע שטימעלע, איז געװוען אײינער פֿון די תּלמידים אין חאַצקעל'ם חדר. דאָ האָט אױך געלערנט לײַזער הענעך'ס אַ אינגעל און אַן אײַיניקעל — משה'סקע און יאַנקעלע. פֿון די אַנדערע געדענק איך שעפֿעטסקע מיצקין, אַ אינגעל, װאָס איז געבאָרען געװוארען אין פּאָדברעזע, אַזױ װי איך, און מיט אײַין טאָג פֿריהער פֿאַר מיר. מײַן פֿאַטער פֿלעגט מיר דערמאָנען אים — און שעפֿעטסקע איז אױך מײַן „בן-גיל" — אַז מיר זײַנען געבאַקען געװוארען אין דערזעלבער צײַט.

געװוען בײַ אונז אַ אינגעל, װאָס פֿלעגט כּמעט אַלע טאָג פֿאַרשפּעטיגען, און יעדעם מאָל אַרײַנשפּרינגענדיג אין חדר מיט די װוערטער: „עס איז ערשט האַלב צעהן! זאָל איך אַזױ געזונט זײַן!" זײַן פֿאַטער האָט זיך גערעכענט פֿאַר דעם גרעסטען סופֿר אין דער װועלט. ער האָט געהאַט נאָר אײַין קונד, משה מאָנטעפֿיאָר'ן. דער באַריהמטער ענגלישער איד פֿלעגט בײַ איהם באַשטעלען ספֿרי-תּורהס, װועלכע ער פֿלעגט דערנאָך אַװעקשיקען צו פֿאַרשידענע קהלות.

איך געדענק אױך דעם װואַסער-טרעגער, װועלכער פֿלעגט אַלע טאָג ברענגען אַ „פֿאַס" װואַסער אין חדר. ער האָט געהאַט משונה'דיג גרױיסע נאָז-לעכער, און ער פֿלעגט װוייזען אַ קונץ: זײ נאָך מעהר פֿאַנאַנדערשפּרײיטען; און דערבײַ מאַכענדיג אַ אידיאָטישען פּנים. מיט דעם פֿלעגט ער אונז אַמוזירען, און מיר פֿלעגען פֿראָוואָצירען איהם נאָכמאַכען.

אָפּגעזעהן פֿון דער פֿראַגע, אױב עס האָט אַ זין מיט אַן אַכט-יאָהריגען אײינגעלע צו לערנען „שׁור שנגח את הפֿרה" — אַ גימנאַסטיק פֿאַר'ן מוח איז דאָס געװוען! — און איך געדענק װי אַזױ מײַן יונגער מאַרך האָט אין חאַצקעל'ם חדר אָנגעהױבען זיך פֿאַנאַנדערצואװויקלען.

אײינמאָל, אַ פֿרײַטאָג, זײַנען מיר געקומען אין חדר און דעם רבי'ן ניט געפֿונען. מיר האָבען געװואַרט און געװואַרט; ניטאָ קײן רבי. ער האָט זיך באַװוױיזען ערשט נאָכמיטאָג. װי איך האָב דערנאָך געהערט, האָט ער די נאַכט פֿאַרבראַכט78אין אַ „קאַרטעװוניע", און די פּאָליציי האָט אױף דעם פֿלאַץ געמאַכט אַן אַבלאַװוע און אַלעמען אַװועקגעפֿיהרט אין אױטשאַסטאָק (סטײישאָן).

— אױ מאַכער איז ער! — האָט מײַן מאַטע געזאָגט װועגען איהם.

מען האָט אױך געזאָגט, אַז ער מאַכט צו-פֿאַסט אַ שנאַפֿס. פֿונדעסטוועגען האָט מען מיר פֿון איהם ניט אָפּגענומ'ען.

ער איז געװוען אַ גוטער מלמד. ער איז געװוען אַ פֿעהיגער מענש, מיט גײַסטיגע אינטערעסען און לײדענשאַפֿטען, פֿאַר װועלכע זײַן מלמדישע װועלטעלע איז געװוען אַ טורמע. האָט ער געזוכט זיך צו פֿאַרגעסען אין קאָרטען און אין בראַנפֿען.

איך האָב בײַ חאַצקעלן אָפּגעלערנט דרײַ זמנים, און דאַן האָב איך אױסגעהערט צו געהן צו איהם, בלױז װוייל דער מאַטע האָט באַשלאָסען אַז איך דאַרף שױן האָבען אַ העכערען גמרא-מלמד.

עס איז ניט געװוען קײן זמן-רעגעל.

די תּבֿואה אױף די פֿעלדער איז געװוען אין געפֿאַהר פֿון פֿאַרטריקענט צו װוערען. עס איז באַשלאָסען געװוארען אַז אַלע אײַינגעלעך זאָלען נאָך זאָגען אַמאָל תּהלים. דער געבעט פֿון קינדער איז בײַ גאָט מעהר אָנגעלעגען.

איך געדענק די סצענע: די מאַסע אײינגלעך, װי זײ זײַנען געשטאַנען גרופּעןװוײיז, די מלמדים, דעם קלינגענדען תּהלים-כאָר פֿון יונגע שטימעלער, די שײַן װאָס איז אַרײַנגעקומ'ען דורך די געפֿאַרבטע פֿענסטער, מיט די פֿרומע תּלמידים, מיט װועלכע איך האָב אױסגעזונגען די װוערטער צו גאָט.

װוען מיר זײַנען שױן געגאַנגען צוריק איבער די גרױיסע, ברײיטע טרעפּ פֿון דער שוהל, האָבען עטליכע אינגלעך אָנגעהױבען צו זינגען: „גאָט, גאָט, גיב אַ רעגען פֿון אַלע קלײַנע קינדער'ם װועגען!" מען האָט זײ אָבער גלײַך אָפּגעשטעלט. אַ תּפֿלה79געזונגען אױף אידיש איז ניט קײן תּפֿלה, נאָר אַ שטיפֿערײַ, הײיסט עס.

װוען איך דערמאָן זיך אָן דיזער סצענע אין דער גרױיסער שוהל, דערמאָן איך אױך אָן אַ געװויסער סצענע אין אונז אין שטוב, װוינטער, אין אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס. מיר זיצען בײַם טיש װי געװוהנהליך, אָבער אָהן די געװוהנהליכע פֿרײַטאָג-צו-נאַכטסע מאכלים. קײן פֿיש, קײן לאָקשען, קײן פֿליִיש, קײן צימעס! חלה מיט געבראָטענע הערינג — דאָס איז אַלץ װאָס די מאַמע האָט אױפֿגעשטעלט.

מיר זײַנען אָבער ניט געװוען די אײינציגע װאָס האָבען יענעם פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס ניט געהאַט די פֿרײַטאָג-צו-נאַכטסע מאכלים. אין אַלע אידישע הײַזער איז אַזױ געװוען! אין די רײַכסטע אַזױ װי אין די אָרימסטע.

חלה אױך מאָרגען אױך אַזױ: — אַנשטאָט טשאָלענט מיט קוגעל — חלה מיט הערינג.

קהל איז געװוען געענגט אין געלט, ניט געהאַט מיט װאָס צו צושטעלען סאָלדאַטען צום „נאַכבאַר". אַלזאָ, האָבען די מורה-הוראה'ס* אַרױסגעלאָזען אַן אױפֿפֿאָדערונג, אַז יענע װואָך זאָל קײנער ניט „מאַכען קײן שבת".

און דאָס װאָס עס באַטרעפֿט געװוהנטליך דער שבת פֿאַר פֿאַמיליען, זאָל אָפּגעגעבען װוערען צו קהל. און טאָמער װויל אײינער זאָגען: „איך קען אי באַצאָהלען דעם פֿרײַז, אי מאַכען שבת", זאָל דאָס איהם ניט ערלױבט װוערען. ער טאָר ניט מבֿיש זײַן דעם אָרימען װואָס קען אױף צװוױי שבתים אין אײן װואָך זיך ניט לאָזען קאָסטען.

װי װוייט איך האָב געהערט, איז די תּקנה ערפֿולט געװוארען שטרענג.

יענעם פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס בײַם טיש האָט מײַן פֿאַטער מיט באַגײַסטערונג מיר ערקלעהרט װי שעהן עס איז אַז דאָ אַלע אידען זינגען זיך מקריבֿ פֿאַר אַ קהל'שע זאַך, און אַלע גלײַך: דער רײַכער זאָל ניט זײַן מעהר יחסן װי דער אָרימאַן. איך געדענק נאַטירליך ניט די װוערטער װאָס ער האָט געברױכט.

* אין װילנא זײַנען ניטאָ קײן רבנים, נאָר מורה-הוראה'ס.

80דער זין אָבער איז געװוען װי איך גיב איהם דאָ איבער. אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך בין שױן געװוען אַ סאָציאַליסט, פֿלעג איך זיך דאָס דערמאָנען מיט אַ ספּעציעלען אינטערעס, הגם מײַן פֿאָטער איז געװוען אַזױ װוייט פֿון סאָציאַליסטישע געדאַנקען װי פֿון אַלגעברא.

פֿאַרװואָס געהט יענער הערינג-שבת אין מײַן זכרון אימער צוזאַמען מיט דעם קינדערשען תּהלים-כאָר אין דער גרױיסער שוהל? איך גלױב, אַז זייער געזעלשאַפֿטליכער אינהאַלט בינדט זײ צונױף.

אײינער פֿון די טשיקאַװוע און קרעפֿטיגע פֿיגורען אין דער געשיכטע פֿון װוילנא איז אַן אױפֿגעקומענער גביר מיט'ן נאָמען משה אַפּאַטאָװ. ער איז געשטאָרבען בשעת איך האָב געלערנט בײַ חאַצקעל'ען, און איך האָב געזעהען זײַן לװיה. דיזער אַפּאַטאָװ, װועלכער איז אַמאָל געװוען אַ פּראָסטער משׂרת, האָט זיך דערנאָך אַרױפֿגעאַרבייט אױף דער לאַנג פֿון אַ מעכטיגען פּאָדריאַדטשיק.

אין אַמעריקא איז אַזאַ פֿאַרװואַנדלונג אַן אַלטמאָדישע ערשײַנונג. אין רוסלאַנד אָבער איז דאָס געװוען אַ סענסאַציאָנעלע זעלטענהײַט. משה אַפּאַטאָװ איז אָבער פֿון דער נאַטור ניט געװוען קײן דרײַ-פֿאַר-אַ-גראָשענדיגער אידעל, ער איז געװוען אַן אונגעװוהנהליכע פּערזענליכקייט. און ער האָט געהאַט אַן אײַינגעאַרטיגען הומאָר, װועלכער פֿלעגט זיך בײַ איהם אָפֿט אַרױסװוייזען אין פּיקאַנטע, גראָב-יונגישע פֿאָרמ'ען.

אײיניגע פֿון זײַנע מעשׂים האָבען אַ שם. עס זײַנען װועגען איהם איבערגעבליבען פֿילע אַנעקדאָטען און ניט װוייניג לעגענדען. איך פֿלעג דיזע אַנעקדאָטען הערען װוען ער האָט נאָך געלעבט, און איך געדענק װי מען פֿלעגט זאָגען, אַז די שטאָדט ציטערט פֿאַר איהם.

זײַן לװיה איז פֿאָרגעקומ'ען אין אַ שלאַנג-רעגען. און איך האָב איהר באַאָבאַכטעט פֿון מײַן מוהמע'ם פֿענסטער, אױפֿ'ן ראָג פֿון גלעזער-גאַס און „פּלאַץ". איך געדענק דעם רעגען-מבול, אַ װואַלד פֿון פֿאַנאַנדערגעעפֿענטע רעגען-שירמ'ס, און דעם שװוארצען „קאַסטען".

11
װאָס אַ קינד הערט אונטער.

81איך האָב זיך שטענדיג אַרומגעדרעהט צוװוישען ערװואקסענע מענשען. אַרום מיר האָט מען גע'שמועס'ט װועגען אַלץ אין דער װועלט — ניט זעלטען װועגען זאַכען, װועגען װועלכע אין דער אַנװועזענהייט פֿון אַ אינגעלע רעדט מען געװוהנהליך ניט.

אײינער פֿון די קאָװונער באָנדאַרעס, פֿון די װאָס האָבען געקאַנט אַבֿיסעל לערנען, האָט מיט מײַן טאַטען אַמאָל געשמועסט װועגען אינטימע פֿאַרהעלטניסען אין דעם פֿאַמיליען-לעבען. איך האָב דאַן געמוזט אַלט זײַן צװוישען אַכט און נײַן יאָהר, ניט מעהר.

זייער געשפּרעך איז פֿאָרגעקומען בײַ דעם טיש, װאָס איז געשטאַנען לעבען דעם שלאָף-באַנק, און איך בין געזעסען, אָדער געשטאַנען דערבײַ. איך האָב זיך צוגעהערט צו זייער יעדען װאָרט. זײ האָבען מיר ניט אַװעקגעטריבען. מסתּמא האָבען זײ געמיינט אַז איך פֿאַרשטעה סײַ-װוי-סײַ ניט װאָס זײ זאָגען. איך האָב אָבער פֿאַרשטאַנען מעהר װי זײ האָבען זײ געמיינט.

אַלץ האָב איך נאָך דאַן טאַקע ניט געװואוסט; איך האָב אָבער שױן געװואוסט, אַז צװוישען אַ פֿאַרהײיראַטע פּאָר-פֿאָלק קומען פֿאָר זאַכען, װאָס ניט-פֿאַרהײיראַטע טאָרען ניט, און זײ מעגען, אָבער אױך אַז קײַנער זאָל ניט זעהן. איך האָב אױך געװואוסט אַז עס זײַנען פֿאַראַן צײַטען, װוען אַ מאַן טאָר ניט אָנרירען זײַן װוייב, אַפֿילו אַ לעפֿעל פֿון איהר האַנט ניט צונעמען. איך האָב געװואוסט, אַז װועגען אזעלכע זאַכען רעדט מען ניט אין דער הױך און ניט פֿאַר אַלעמען; אַז אין בעסטען פֿאַל איז דאָס אַ געהיימער געשפּרעך. און דאָס איז געװוען די הױפּט-אורזאַכע פֿאַרװואָס מיר האָט דאָס אינטערעסירט.

דער שמועס איז געװוען אַן ערנסטער. דער באָנדער האָט װועגען די אינטימע זאַכען דערצעהלט פֿאַר מײַן טאַטען אַזױ װי מען דערצעהלט פֿאַר אַ דאָקטאָר. איך האָב צום ערשטען מאָל זיך אָנגעהערט אַזעלכע אײינצעלהײיטען. אָבער דאָך ניט אַלץ.

82אַ צװוייטען מאָל בין איך געשטאַנען בײַ אַן עהנליכען געשפּרעך, אױך בײַ יענעם טיש, צוװוישען דעם פֿעטער שניאור און מײַן טאַטען. אָבער דער פֿעטער שניאור איז געװוען גאָר אַנאַנדער חבֿרה-מאַן. ער האָט מיר גלײַך אַװעקגעטריבען, און דערבײַ האָט ער ערקלעהרט פֿאַרװואָס איך טאָר זיך ניט צוהערען, און האָט אָנגערופֿען דעם ענין אױף אַזא אופֿן, אַז מײַן טאַטע האָט זיך פֿאַרשעמט, און איך בין אַנטלאָפֿען װי פֿון אַ פֿײַער.

װי קלײַן איך בין געװוען, האָב איך פֿונדעסטוועגען שױן פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿעטער שניאור האָט אַ טריפֿה'נ'ע הנאה פֿון דעם מיאוס'ן װוארט גופֿא; אַז דעריבער זאָגט ער דאָס אַזױ און ניט אױף אַן אַנשטענדיגערען שטײיגער.

דער שעהנער, געזונטער גענזלער, דער פּראָסטאַק, װאָס האָט זיך געהאַלטען פֿאַר אַ פּראָסטאַק, האָט אַמאָל גערעדט מיט מײַן טאַטען װועגען די צײַטען װוען ער װוייכט פֿון זײַן פֿרױ, לױט דעם אידישען דין. דער טאַטע איז געזעסען בײַם טיש-קעסטעל, הינטער'ן שעמער, דער גענזלער איז געשטאַנען לעבען איהם, און איך צװוישען זײ בײַדען.

— איך האָב איהר דענסמאָל פֿײַנט װי אַ חזיר — האָט ער געזאָגט — איך קען אױף איהר ניט קוקען.

מיט עטליכע יאָהר שפּעטער, װוען מיר האָבען אין שבת זשירמונסקי'ס הױף שױן ניט געװואוינט, האָב איך דעם גענזלער אַמאָל באַגעגענט אױפֿ'ן גאַס. איך האָב זיך דערמאָנט אָן יענע װוערטער, װאָס ער האָט געזאָגט װועגען זײַנע געפֿיהלען צו זײַן פֿרױ אין אַ געװוויסער צײַט. איך האָב זיך געטראַכט: ער האָט געװואָלט װוייזען דעם טאַטען, אַז ער איז אַן עהרליכער איד און היט אָפּ די דינים. ער האָט אָבער נאָר באַװויזען, אַז אין די באַטרעפֿענדע טעג װוייכט ער פֿון זײַן פֿרױ, ניט װוייל ער איז אַן עהרליכער איד, נאָר װוייל דאַן איז זי איהם פּשוט עקעלהאַפֿט.

מײַן חבֿר אײיזקע'ס שװועסטער האָט חתונה געהאַט. דאַן האָט אײיזקע פֿאַר מיר געמאַכט אַ שטיפֿערישע באַמערקונג — אַ גראַם אַזעלכען — װועלכע האָט מיר ערקלעהרט דאָס װואָס איך האָב נאָך אַלץ ניט געװואוסט. דער גראַם האָט געהאַט אַ83זעהר אַן אונאַנשטענדיגע באַדייטונג. אײיזקע האָט איהם אָבער אױסגערעדט אױף זײַן געװוהנהליכען ניט-בויאַנסקען שטײיגער. פֿון דער פֿראַזע איז מיר גלײַך אַלץ קלאָהר געװוארען. און מײַן אינטערעס איז דאָ אױך נאָר באַשטאַנען אין נײַגעריגקײט צו װויסען װאָס מען טאָר ניט װויסען. קײן אַנדער געפֿיהל איז דערבײַ ניט געװוען.

און איך גלױב גאָר ניט, אַז איך האָב געװואוסט אַז בײַ די ערװואקסענע מענשען איז פֿאַראַן אַנאַנדער געפֿיהל. איך האָב ניט געװואוסט און איך האָב קײן קשיות ניט געפֿרעגט.

אײינמאָל, אין אַ נאָכמיטאָג, אַ געװויסע צײַט שפּעטער, בין איך געזעסען בײַ דעם פּאָדגראַבע אין שטוב (װואָס איך האָב דאָרטען געטאָן געדענק איך ניט). אַחוץ מיר איז געװוען דעם פּאָדגראַבע'ס זוהן און דער בחור פֿון דעם רײַכען גאַניק; װוייטער קײַינער ניט. דער רײַכער בחור איז שױן דאַן געװוען אַ חתן, און די חתונה האָט געדאַרפֿט פֿאַרקומען אין עטליכע טעג אַרום.

רײידענדיג װועגען דער קומענדער פּאַסירונג, האָט דעם פּאָדגראַבע'ס זוהן זיך אױסגעדריקט מיט אַ גראָבע-יונגישען װויץ, כּלומרשט אױף אַ „װאויל-יונגערשען" שטײיגער — װי ער פֿלעגט אָפֿט ליב האָבען צו ריידען. דער רײַכער חתן האָט דאָס אָנגענומען אָהן באַליידיגונג, אָבער אָהן אַ שמייכעל אױך. מיר האָט פֿון דעם װויץ װוי געעקעלט.

אין זשירמונסקי'ס הױף זײַנען געװוען צװוױי אסתּר'קעס. זײ זײַנען געװוען פֿון דעם זעלבען עלטער, ביידע מיט אַ פֿאָר יאָהר עלטער פֿון מיר. אײַינע איז געװוען דעם פּאָדגראַבע'ס טאָכטער, און די אַנדערע — דעם בערשטעל-מאַכער'ס. זײ זײַנען ביידע געװוען גוטע, אײידעלע קינדער, און אין זײ, מעהר װוי אין די עלטערע מײידלעך, האָב איך געפֿיהלט די פּסיכאָלאָגישע אײינענטימליכקײט, מיט װועלכער זײ אונטערשײַידען זיך פֿון אינגלעך. איך האָב געפֿיהלט, אַז אין זייערע קערפּערס, אַזױ גוט װוי אין זייערע שטימען און מאַניערען, האָבען זײ אַ צערטליכקײט, װועלכע מיר, „מאַנסבילען", פֿאַרמאָגען ניט.