84יעדע שטאָדט האָט איהר באַזונדערן כאַראַקטער. די גײַסטיגע געשטאַלט פֿון װילנא האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזען מיט אַ ספּעציעלער דײַטליכקײט; און װען מען רופֿט איהר „ירושלים דליטא", מיינט מען נאַטירליך איהר גײַסטיגען לעבען.
לאָמיר צוערשט באַמערקען, אַז װילנא איז געװען די הױפּט-שטאָדט פֿון זעקס גובערניעס: װילנער, גראָדנער, קאָװנער, מינסקער, װיטעבסקער און מאָהילעװער. אַלע דיזע גובערניעס אינאײנעם האָבען צוזאַמענגעשטעלט דעם װילנער „אָקרוג" (קרײַז). דאָס איז געװען לױט דער אָפֿיציעלער פֿאַרטײלונג פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין װילנא האָט זיך געפֿונען ניט נאָר דער װילנער גובערנאַטאָר, נאָר אױך אַ גענעראַל-גובערנאַטאָר איבער'ן גאַנצען קרײַז, און אַ „פּאָפּעטשיטעל" איבער אַלע שוהלען פֿון דעם קרײַז, צום בײַשפּיל. און בײַ אידען האָט װילנא געשפּילט אַן עהנליכע ראָלע, אָבער איבער נאָך אַ גרעסערען שטח. זי איז געװען זייער גײַסטיגער צענטער ניט נאָר פֿון די זעקס אָנגערופֿענע גובערניעס, נאָר פֿון נאָך עטליכע אױך — סמאָלענסקער, סואַװאַלקער, לאָמזשער. און אין געװוויסע באַציהונגען איז זי זאָגאַר געװען אַנערקענט אַלס דער מיטעלפּונקט פֿון גײַסטיגע אידישע אינטערעסען פֿון דער גאַנצער אימפּעריע.
שכל-אינטערעסען און נשמה-אינטערעסען האָבען אין װילנא געשפּילט אַ גרױסע ראָלע בײַ אַלע קלאַסען. אַ קינד 85האָט זײ אַרום זיך אױף שריט און טריט און געפֿיהלט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמ'ען.
נאָך אין די גאַנץ יונגע יאָהרען האָב איך געװואוסט, אַז דאָס איז די שטאָדט פֿון דעם װילנער גאון, און אַז דעם װילנער גאון האַלטען פֿרומע אידען פֿאַר אײנעם פֿון די גרעסטע גאונים און פֿון די גרעסטע מענשען פֿון אַלע דורות. אפֿשר האָב איך דאָס געװואוסט דורך דעם װאָס מײַן זיידע פֿון מײַן מוטער'ס צד האָט געדאַװענט אין דעם גאון'ס קלױז — אין „חסידים מנין".
איך האָב אָבער װעגען דעם ענין געהערט פֿון יעדן רבי'ן װאָס איך האָב געהאַט, פֿון מײַן טאַטען און פֿון אַלע זײַנע באַקאַנטע, אַפֿילו פֿון די גאַס-מענשען, װאָס זײַנען אַרײַנגעקומ'ען אין אונזער שענק. זייער שטאָדט איז דעם גאון'ס שטאָדט — אַזױ האָבען זײ אױף איהר געקוקט.
אין װילנא האָט דאַן געבליהט די באַריהמטע ראַמיילעס קלױזן, מיט איהרע זעקס ישיבֿות אָדער קלאַסען, און נאָך עטליכע ישיבֿות אין פֿאַרשידענע טײילען פֿון שטאָדט. דער שׁוהל-הױף איז געװוען פֿול מיט קלױזען, און כּמעט יעדער װוינקעלע פֿון שטאָדט האָט געהאַט זײַן באַזונדערע קלױז אָדער קלייזעל, און אין יעדען פֿון זײ האָבען זיך אױפֿגעהאַלטען און געלערנט „פֿאַר זיך" בחורים, װאָס האָבען „געגעסען טעג" בײַ די אַרומיגע בעלי-בתּים.
לומדים האָט די שטאָדט געהאַט אָהן אַ צאָהל, און אײניגע פֿון זײ זײַנען געװוען באַריהמטהײטען. װעגען ר' צלאל דעם מורה-הוראה פֿלעג איך הערען, אַז ער איז אַ גרױסער בקי און חריף, אײנער פֿון די גאָר גרױסע אױף דער װועלט. „טײערע קעפּ", „װואױלע יונגעלײַט", האָבען זיך געלאָזט הערען פֿון אַלע טײילען פֿון שטאָדט.
זעהן װי צװוױי אידען טשעפּען זיך צונױף װי אינדיקעס איבער „אַ גמרא", אָדער װי אײנער זאָגט איבער אַ נײַע שטיקעל תּורה, און זײַנע צוהערער קוועלען פֿון דעם אײַנפֿאַל, אָדער מאַכען איהם צו קלײַן-געלט, און דורך דעם פֿאַרציהט זיך אפֿשר אַ הײסע דעבאַטע — דאָס איז געװוען אַ טײל פֿון דעם טאָג-טעגליכען לעבען בײַ אונז. עס זײַנען געװוען ספּעציעלע „ספּאָרטס", „דראַטשונעס" („סקרעפּפּערס") תּלמודישע, אידען 86װאָס פֿלעגען נאָר זוכען אַ געלעגענהײַט אַרײַנצושלעפּען אימיצען אין אַ װיכוח, צו װוייזען יענעם אַז זײַן לומדות איז „אַ זאַק פֿול מיט װינט".
געװוען אױך דעבאַטאַנטען פֿון צװוױיפֿעלהאַפֿטער עהרליכקײט — אַזעלכע װאָס זײַנען געװוען פֿעהיג צו פֿעלשען אַ גמרא אָדער זאָגאַר אױסקלערען אַ גאַנצע ציטאַטע פֿון קאָפּ. געװוען אױך אַנדערע טיפּען. מען פֿלעגט זיך אַזױ פֿיל אָנזעהן און אָנהערען װעגען אַזעלכע זאַכען, אַז אַ װילנער אײַנגעל איז מיט זײ געװוען באַקאַנט װי אַן אַמעריקאַנער באָי מיט דער בייס-באָל װועלט.
װילנא האָט דאַן געהאַט ניט מעהר װי אַכציג טױזענט אײַנװואױנער — אידען און קריסטען. זי איז געװוען אַן אָרימע שטאָדט. דאָך האָט זי אױפֿגעהאַלטען אַ גרױסע צאָהל „לערנער", װעלכע זײַנען צו איהר געקומ'ען פֿון אַנדערע שטעדט און שטעדטלעך. די אָרימסטע פֿרוי האָט געצאָהלט װאָכער אױף אַ ישיבֿה, און די אָרימסטע פֿאַמיליע האָט גענומ'ען װיינינגסטענס איין יונגען מאַן אױף „אַ טאָג". משפּחות פֿון גאַנץ קלײַנע מיטלען, בײַ װוועמען מען האָט „געגעסען אַ טאָג" יעדען טאָג אין אַ װאָך, זײַנען געװוען אַ גאַנץ געװועהנליכע זאַך.
אין דעם גענענזײַטיגען לאַגער איז געשטאַנען די װילנער ראַבינער-שוהל, אַ קװואל פֿון הײַנטיגע בילדונג, פֿון רוסיש און „גוּיאישקײט" פֿאַר די אידען פֿון ליטא און װוייס-רוסלאַנד. דאָרטען האָט מען צוגעפֿערטיגט רוסישע לעהרער פֿאַר קאַזיאָנע אידישע שוהלען און „קאַזיאָנע ראַבינער"*.
אין מיטען, צװוישען דער גמרא פֿון אײן זײַט, און הײַנטיגע קולטור אױף רוסיש, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז געשטאַנען די השכלה, מיט העברעאיש אַלס שפּראַך פֿאַר הײַנטיגער קולטור. אין שטאָדט האָט זיך געפֿונען אַ גרױיסע צאָהל יונגעלײַט און מענשען אין די מיטעלע יאָהרען, װאָס האָבען גוט געקענט 87העברעאיש. ס'איז געװוען אַ היבשע צאָהל אַזעלכע, װאָס האָבען פֿון צײַט צו צײַט „אַרײַנגעשריבען" אין העברעאישע בלעטער, און עטליכע באַריהמטע שריפֿטשטעלער העברעאישע. בעל-הבתּישע יונגע לײַט זאָלען נאָך'ן דאַװונען שמועס'ן װעגען דעם לעצטען נומער „המגיד" אָדער „המליץ", אָדער „השחר", אָדער דעקלאַמירען אַ עברעאישען שיר — דאָס איז אױך געװוען אײַנע פֿון די געװוהנהליכע זאַכען, װאָס איך פֿלעג זעהן אַרום זיך.
איך האָב געװואוסט, אַז װילנא, די שטאָדט פֿון'ם װילנער גאון, איז אױך די שטאָדט פֿון „בערקע מיכאַלישקער"*, דעם „גרױיסען אַפּיקורס", װעלכען איך פֿלעג זעהן אױפֿ'ן גאַס. מײַן טאַטע פֿלעגט איהם שילטען. איך האָב אָבער געװואוסט, אַז ער האַלט איהם פֿאַר אַ חכם, פֿאַר אַ גרױסען מדקדק און פֿאַר אַ גרױסען „בעל לשון"; און אַז װאָס מעהר ער שילט איהם, אַלץ מעהר סימן איז דאָס, אַז ער אינטערעסירט זיך מיט איהם.
דעם פֿאָלגענדען אַנעקדאָט האָב איך פֿון מײַן פֿאָטער געהערט, װען איך בין נאָך געװוען װוייניגער װי נײַן יאָהר אַלט:
„אַ פֿרומער איד האָט באַזוכט „בערל מיכאַלישקער"ן און בײַ איהם געזעהען אַ מדרש אױפֿ'ן טיש. דער מדרש איז געװוען אײַנגעבונדען אין רױיטע סאַפֿיאַן. דער פֿרומער איד האָט געפֿרעגט: „װאָס עפּעס אין רױיטען?" און „בערקע" האָט געענטפֿערט: „עס איז געװוען װוייס, מען האָט איהם אָבער געכאַפּט בײַ אַזױ פֿיל ליגענס, אַז ער איז רױיט געװואָרען פֿאַר שאַנד".
קלמן שולמאַן פֿלעגט פֿאַרברײינגען אונזער שענק יעדען טאָג, און איך האָב געװואוסט, אַז ער איז אַ גרױיסער לשון-קודש'דיגער מחבר", און אַז זײַנע ספֿרים „פֿון די הײַנטיגע". ער האָט געװואוינט אין שלמה קיסין'ס הױף, אונגעפֿעהר אַ מינוט גאַנג פֿון אונז. און װוייניגער װי אַ מינוט גאַנג פֿון אונז, געהענדיג איבער קלײַן-סטעפֿאַן גאַס, האָט געװואוינט אײַזיק מאיר דיק; און אין דעמזעלבען הױף — משה 88רייכערסאָן, דער עברעאישער איבערזעצער פֿון קרילאָװ'ם פֿאַבלען און פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ דקדוק. זײַן עלטערער אײַנגעל, הירשקע, פֿלעגט פֿאַרברײינגען אונזער שענק, און איך האָב געװואוסט, אַז זײַן טאַטע האָט אױפֿגעשריבען אַ דקדוק, אָדער אַ פֿירוש אױף אַ דקדוק, אַז ער גיט שטונדען אױף העברעאיש און אַז ער איז אַ גרױסער אָרימאַן.
„בערל מיכאַלישקער" פֿלעג איך זעהן אױף טײַטשע גאַס, ניט װוייט פֿון זײַן װואוינונג, װועלכע איז געװוען ניט װוייט פֿון מײַן זיידען'ס װואוינונג. איך פֿלעג קוקען אױף זײַן הױכע פֿיגור מיט זײַן גרױיע באַרד, מיט דעם גרינעם קאַזיראָק איבער די אױגען, מיט זײַן באַריהמטען שטעקען אין האַנט*.
שמואל יאָסעל פֿין איז דאַן געװוען אין די קרעפֿטיגע מיטעלע יאָהרען, און איך האָב געװואוסט, אַז ער האָט אַ דרוק (װוארים אײַניגע ספֿרים האָבען געטראָגען זײַן נאָמען אױפֿ'ן פֿאָדער-בלאַט). אױך האָב איך געװואוסט — פֿון מײַן פֿאָטער — אַז ער גיט אַרױס אַ העברעאישען זשורנאַל מיט'ן נאָמען „הכּרמל", און אַז ער איז איינער פֿון די לעהרער אין דער ראַבינער שוהל.
איך האָב געװואוסט, אַז די צװוױי הױפֿען, װאו עס געפֿינט זיך די „גענזלאַרניע", געהערען צו משה ראָזענזאָן, אַ משוגענער אַפּיקורס, װועלכער שרײַבט „מיסיאָנערסקע" ביכלעך אױף לשון-קודש. דאָס אַלץ פֿלעג איך אָפֿט הערען פֿון מײַן טאַטען, װועלכער האָט ליב געהאַט צו ריידען װעגען אַפּיקורסים, און זײ צו שימפּפען; הױכטזעכליך װעגען אַפּיקורסים, װאָס האָבען געשריבען אױף העברעאיש.
אליקום צונזער האָט נאָך דאַן געװואוינט אין װילנא. זײַנע לידער זײַנען געװוען אונגעהױער פּאָפּולער. מען האָט זײ געזונגען כּמעט אין יעדער הױז, אין יעדען „װאָרשטאַט", אױף יעדער חתונה. דעם טיטול „פּאעט" האָט מען איהם נאָך דאַן ניט געגעבען, אײַנפֿאַך װוייל דער עולם האָט אַזא װאָרט נאָך ניט 89זײַן לשון ניט געהאַט. װאָס אָנבעטרעפֿט דער אידישער אינטעליגענץ, איז זי געװוען צו „אַסימילאַטאָריש" און צו „סנאָביש" צו אַנערקענען אַז אױף אידיש קען מען שרײַבען פּאעזיע. און דאָך האָבען געבילדעטע אידען זיך געהאַלטען גרױס מיט צונזער'ן, און דער עולם האָט דאָס געװואוסט.
אױף אַן אונדײַטליכען, אַלגעמײַנעם שטײַגער, האָבען מיר, חדר-אײַנגלעך, דאָס אױך פֿאַרשטאַנען. מיר האָבען געפֿיהלט, אַז הגם „אליקום'קע'ס" לידער זײַנען אױף אידיש, האַלט מען זײ אָבער העכער װי די אַנדערע זאַכען, װאָס מען שרײַבט אױף אידיש.
און אַפֿילו צו אײַזיק מאיר דיק'ס אידישע מעשׂות, פֿון װועלכע אַזעלכע אידען װי מײַן פֿאָטער, פֿלעגען ריידען מיט פֿאַראַכטונג — אַפֿילו צו זײ האָט מען אױך געהאַט אַ ניט-אױסגעשפּראָכענ'ע רעספּעקט.
אױף „זשאַרגאַנישע" מעשׂות איז װילנא געװוען דער צענטער. זײ האָבען זיך געדרוקט בײַ די ראַמ'ס און אין די אַנדערע אידישע דרוקען, װאָס װילנא האָט פֿאַרמאַנט. אַזעלכע מעשׂות פֿלעגען לײיענען בעל-מלאכה-יונגען און װוייבער. פֿאַר אַ גמרא-אײַנגעל האָט ניט געפּאַסט זײ צו לעזען, און דאָך זײַנען געװוען ישיבֿה-בחורים, װאָס האָבען געשלונגען אַזעלכע מעשׂות.
ראַמ'ס גרױיסער דרוק איז דאַן געװוען אױף דער העכסטער שטופֿע פֿון זײַן ערפֿאָלג. אַרום יענער צײַט האָט ער אַרױסגעגעבען דעם באַריהמטען װילנער ש"ס, און צעהנדליגע ספֿרים און ספֿרים'לעך, פֿרומע און הײַנטיגע.
דװאָרזשעץ'ס דרוק און פֿין'ס זײַנען געװוען אַ סך קלענער װי ראַמ'ס, אָבער דאָרטען האָט מען אױך געדרוקט ספֿרים און ביכלעך, און אױסער זײ זײַנען געװוען נאָך אַ פֿאַר אידישע דרוקעריען.
אַנטאָקאָלסקי, אַ װילנער, האָט שױן געהאַט אַ שם אין דער װועלט אַלס סקולפּטאָר, און מען האָט דערצעהלט „װוי גרױיס ער איז בײַ דעם קיסר". און אַנטאָקאָלסקי'ס פֿאָטער האָט 90געהאַלטען אַ שענק לעבען מײַן זיידע'ם װואוינונג, און זײַנער אַ פֿעטער האָט געהאַלטען אַ שענק ניט װוייט פֿון אונז.
איך קען דעם לעזער ניט געבען קײן באַגריף װועגען מײַן ערציהונג אין די קינדער-יאָהרען, אײַדער איך װועל אים באַקאַנט מאַכען מיט דעם כאַראַקטער פֿון מײַן פֿאָטער, אַזױ װוייט װוי איך האָב אים געקענט פֿאָרשטעהן. יעדער פֿאָטער האָט אײַנפֿלוס — מעהר אָדער װועניגער, דירעקט אָדער אינדירעקט — אױף די ערציהונג פֿון זײַן קינד; און בײַ מיר ביז מײַן פֿערצעהנטען אָדער פופצעהנטען יאָהר איז מײַן פֿאָטער'ס אײַנפֿלוס אױף מײַן גײַסטיגער אַנטװיקלונג געװוען זעהר גרױיס. איך קען זאָגען, אַז פֿון זײַן כאַראַקטער איז, טײילװוייז װוייניגסטענס, געװוען אָפּהענגיג די ריכטונג פֿון מײַן װוייטערדיגען גײַסטיגען לעבען.
צוערשט אַ פֿאַר שורות װועגען זײַן אױסזעהן אין יענע יאָהרען.
ער איז געװוען אַ הױכער, ניט קײן דיקער. האָר האָט ער געהאַט שװוארצע און אַ פּנים אַ טיף-אידישען, מיט טונקעלע, אומעטיגע, אײַנגעגראָבענע אױגען, מיט אַ לאַנגען, סטאַרטשענדיגען, ביינערדיגען נאָז, מיט אַ שװוארצע, ניט זעהר לאַנגע, צװױי-שפּיציגע באַרד. ער איז געװוען דאַר אָבער שטאַרק געבױיט, און ער האָט געהאַט לוסט צו פֿיזישע אױבונגען. אױף געהן איז ער געװוען אַ גרױיסער בעלן.
ער האָט ליב געהאַט זיך אַװעקצולאָזען שפּאַצירען װוייט הינטער'ן שטאָדט, און אַמאָל פֿלעגט ער אַזױ אַװעקשפּאַצירען אַזש קײן פּאָדברעזע. זײַנע ברידער זײַנען אױך אַזױ געװוען.
אַזױ װוי זײַן פֿאָטער איז געװוען אַ רב, איז זעלבסט-פֿאַרשטענדליך, אַז ער איז געװוען אַ גמרא-אײַנגעל, און שפּעטער אַ ישיבֿה-בחור. דערנאָך האָט ער געלערנט „פֿאַר זיך", אין דער פֿרעמד, און „געגעסען טעג".
װוען איך האָב מײַן פֿאָטער באַטראַכט אין די שפּעטערע 93יאָהרען (אײַדער איך בין אַװעקגעפֿאָהרען פֿון רוסלאַנד), האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אין איהם האָבען געװוירקט צװוױי געגענגעזעצטע שטרעבונגען צו דערזעלבער צײַט. ער איז געװוען אמת פֿרום, לײַדענשאַפֿטליך פֿרום — פֿרום אױף דעם גאַנץ אַלטמאָדישען, פֿאַרצײַטיגען שטײַגער. און ער האָט ניט געהאַט קײן מאָדערנע בילדונג, װעלכע זאָל זײַנע אָרטאָדאָקסישע אַבערגלױיבענס באַגרענצען, אָדער אַרומפּאָלירען, װוייניגסטענס. און דאָך האָט ער געהאַט אַן אונגעהױיערע דורשט נאָך בילדונג, נאָך אַלעס פֿאָרטשריטליכעס.
צװוישען די צװוױי ריכטונגען איז אין זײַן האַרצען פֿאָרגעקומ'ען אַ צוזאַמענשטױס. ער האָט געזעהען דעם װוידערשפּרוך; ער האָט זיך אָבער ניט געקענט העלפֿען. װוען ער װאָלט געהאַט אַ נאָהענטען פֿרײַנד פֿון די משׂכּילים פֿון יענעם דור, אַ דענקער, װאָס זאָל צו דערזעלבער צײַט זײַן אַ למדן, װאָלט ער געװוייס איהם פֿיל געהאָלפֿען. און איך קען זיך פֿאָרשטעלען, אַז מיט אַזא הילף װאָלט מײַן פֿאָטער געװואָרען אַ פֿרײַדענקער. ער האָט אָבער אַזעלכע פֿרײַנד ניט געהאַט. די מענשען, װאָס זײַנען געשטאַנען אַם נאָהענטסטען צו איהם, זײַנען געװוען לומדים פֿון דעם אַלטען שניט, און אַ פֿאַר פֿון זײ זײַנען געװוען מענשען מיט אײַזערנע כאַראַקטערען, און ער האָט צו זײ געפֿיהלט דעם טיפֿסטען רעספּעקט.
אײַנער פֿון זײ איז געװוען זײַן פֿעטער עזריאל — עזריאל װאָלק — זײַן פֿאָטער'ס אַ אײַנגערער ברודער. דער פֿעטער עזריאל האָט געװואױנט אין װילקאָמיר, װאו ער האָט געהאַלטען די שטאָדטישע געװויכט. ער איז געװוען אַ למדן און אַ אינטערעסאַנטע פּערזענליכקײט. ער איז אױך געװוען אַ באַגײַסטערטער פֿרומאַק. ער האָט בוכשטעבליך געברענט מיט רעליגיעזען פֿאַנאַטיזם.
אָט איז אַ בײַשפּיל פֿון זײַן כאַראַקטער.
זײַנער אַ אײַנגעל האָט אין חדר ניט געלערנט מיט גענוג חשק. הײיסט ער איהם רופֿען דעם שוסטער. דער אײַנגעל ברענגט דעם שוסטער, מיינענדיג אַז מען װויל איהם מאַכען אַ פֿאַר נײַע שטיװועלעך.
— נעמט איהם צו צו זיך אױף פֿינף יאָהר און מאַכט 94איהם פֿאַר אַ גוטען שוסטער! — זאָגט דער פֿעטער עזריאל.
דער אײַנגעל װוױינט. דער שוסטער לאַכט. דער פֿעטער עזריאל צובײזערט זיך, מאַראַפֿעטשטשעט מיט'ן פֿוס. דאָס הײיסט, אַז ער מײינט עס גאַנץ ערנסט. דער שוסטער האָט קײן ברירה ניט, ער רעדט װוענען באַדינגונגען, און דער אײַנגעל, מיט געװוין און נײַע געשרײַ, ער בעט דעם טאַטען צו די פֿיס. ער קומט צוקריכענדיג צוריק, ער פֿאַלט צום טאַטען מיט התמדה. ערשט דאַן, כּלומרשט ניט-גערן-װוילליגער, װוערט דער פֿאָטער מרצה און שטעלט אים „צו דער פֿראָבע".
דער פֿעטער עזריאל האָט געהאַט עטליכע זיהן, און אַלע זײַנען זײ געװוען לומדים.
דרײַ פֿון זײ זײַנען געװוען רבנים.
זײַן אינגסטער זוהן איז נאָך צו צװוועלף-דרײַצעהן יאָהר געװוען באַװואוסט אַלס אַ װועלט-עילוי (אין די שפּעטערע יאָהרען איז ער געװוען דער רב פֿון פֿינסק, אײַנער פֿון די באַקאַנטע רבנים פֿון זײַן צײַט). ר' ליפֿע, דער אײַדים פֿון דעם פּאָדברעזער רב, ר' בערעלע, איז געװוען זײַנער אַ זוהן און ער איז שפּעטער אױך געװוארען אַ רב.
דער פֿעטער עזריאל איז געװוען אַן אַרטאָדאָקס פֿון דעם שטרענגסטען סאָרט. ער איז געװוען אַזױ װוייט פֿון השכלה מיט די נײַע גײַסטיגע באַװועגונגען, װי ער איז געװוען װוייט פֿון שמד, און איהם האָט מײַן פֿאָטער בוכשטעבליך פֿאַרגעטערט. ער איז געװוען זײַן אײַדעאל מיט זײַן פֿרומקייט און (פֿילײַכט הױפּטזעכליך) מיט'ן שטאַרקען אָריגינעלען כאַראַקטער.
אַ צװוייטער למדן, צו װועלכען מײַן פֿאָטער האָט געפֿיהלט אַ טיפֿען רעספּעקט, איז געװוען זײַנער אַן אַמאָליגער רבי פֿון ניעמענטשין. ער האָט אױך געהאַט אַ פֿעסטען כאַראַקטער. ער איז געװוען פֿון יענע אידען, װאָס האָבען געקענט אָנשלאָגען אַ תּלמיד אין זײַנע עלטערן'ס הױז, װען די מאַמע איז געװוען דערבײַ.
מײַן פֿאָטער'ם גוטע פֿרײַנד און נאָהענטע באַקאַנטע זײַנען כּמעט אַלע געװוען אַרטאָדאָקסישע פֿרומאַקעס פֿון'ם אַלטען טיפּ. דאָס איז געװוען די װועלט, װואָס האָט אױף איהם געהאַט אײַנפֿלוס. פֿאַר איהר עפֿענטליכע מיינונג האָט ער מורא געהאַט.
95און דאָך האָט אים שטאַרק געצױגען צו די עברעאישע, דאָס הײיסט, צו „הײַנטיגע" ביכלעך. און ער האָט אימער געטרױמט װוענען מאַכען מיר פֿאַר אַ געבילדעטען מענשען.
האַלטענדיג מיר אױף אַ שױס, פֿלעגט ער זײַנע טרױמען אױסדריקען מיט װוערטער.
„בלי נדר ובלי שבֿועה" — פֿלעגט ער זאָגען, קניפּ'נדיג מיר צערטליך אין באַק — אַז גאָט װועט מיר העלפֿען, װועל איך דיר דינגען לעהרער אױף רוסיש, אױף דײַטש, אױף פֿראַנצױזיש, אױף מוזיק-שפּילן. דו מוזט אָבער זײַן אַ פֿרומער איד, אַלטער!"
הונדערטער מאָל האָב איך דיזע טרױמען פֿון איהם געהערט.
צום פּראַקטישען לעבען האָט ער ניט געטױיגט. ער האָט זיך מעהר געפּאַסט צום קלױז װי צו דער װועלט. אַ בלאַט גמרא פֿלעגט ער אָבער לערנען ניט אָפֿט. איהם האָבען פֿיל מעהר אינטערעסירט ספֿרים, װאו עס װוערט גערעדט װועגען דעם מענשליכען גײַסט אָדער װועגען דער װועלט אין אַלגעמיין. ער פֿלעגט לערנען דעם רמב"ם. און איך געדענק װוי ער האָט געקױפֿט דעם „ספֿר הברית" בײַ אַ מוכר ספֿרים און אָפּגעמאַכט, אַז ער װועט אים אױסצאָהלען אין דרײַ מאָל. ער האָט זיך צום „ספֿר הברית" צוגעכאַפּט, און גאַנצע טעג פֿלעגט ער ריידען װוענען זײַן אינהאַלט.
מײַן פֿאָטער איז דאַן אַלט געװוען אַ יאָהר זעקס-זיבען-און-דרײַסיג, און איך — נײַן-צעהן.
ער צוזאַמען מיט נאָך אַ איד, האָבען אױסגעשריבען דעם „המגיד", װועלכער פֿלעגט קומען אױף אונזער אַדרעס. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער אױך ברענגען אַהיים דעם „המליץ" און אַמאָל דעם „הלבנון".
ער האָט געשריבען לשון-קודש מיט „מליצה", מיט דעם אַלטמאָדישען שניט. ער פֿלעגט אָבער שטענדיג לעזען נײַע עברעאישע ביכלעך, און זוכען נאָכצומאַכען זייערע אױסדריקס. װוען מען האָט באַדאַרפֿט פֿאַרפֿאַסען פֿערזען אױף אַ מצבה, פֿלעגט מען זיך װוענדן צו איהם.
אױף זײַן שטײיגער האָט ער אין דער עברעאישער שפּראַך געפֿונען אַ פּאָעטישען טעם. װוען ער פֿלעגט לײיענען אַ שטיקעל 96העברעאיש אין דער הױך, פֿלעגען זײַנע אומעטיגע אױגען שײַנען מיט אַ אינטערעסאַנטע ליכט.
ער האָט זעהר ליב געהאַט מוזיק, פֿיבעריש ליב געהאַט. צוליב אַ גוטען חזן, אָדער אַ נײַעם נגון, װאָלט ער געגאַנגען צופֿוס עטליכע מײַל. ער האָט אַלײן אױך אַ סך געזונגען, אָבער פֿאַר'ן עמוד פֿלעגט ער דאַװונען נאָר אין אַ געװוהנליכען שבת. ער האָט געהאַט אַ קלינגענדע, אונגעװוהנליך שטאַרקע שטימע, און פֿלעגט גרינג נעהמען אַ זעהר הױכען טאָן. אַזױ װוי ער איז געװוען אַ כּהן, פֿלעגט ער דוכ'נ'ען, און דערבײַ פֿלעגט זײַן „באהבה" זיך אױפֿהויבען צו אַ איבערראַשענדער הױך און פֿאַרהילכען די קלױז. די שטימע איז אָבער געװוען ניט קולטיװוירט.
װוען ער פֿלעגט זינגען שטילער, פֿלעגט ער זינגען מיט געשמאַק; הױפּטזעכליך געװויסע נגונים, װועלכע האָבען אין זיך געהאַט געפֿיהל. איך געדענק זײ נאָך הײַנט.
אױף ימים נוראים פֿלעגט ער דינגען אַ „שטאָדט" אין „אַלטען קלױז", װאו עס פֿלעגען דאַװונען די באַריהמטע חזנים. אַ „שטאָדט" איז דאָרטען געװוען אַביסעל צו טײַער פֿאַר איהם, ער איז אָבער באַרײט געװוען ניט צו עסען, אַבי יהושע פֿײַזינגער'ן צו הערען.
װוען ער האָט געהערט אַ נײַע מעלאָדיע און זי איז איהם געפֿעלען געװוארען, פֿלעגט ער בעטען מען זאָל זי איהם אױסלערנען, און דאַן פֿלעגט ער גאַנצע טעג אַרומגעהן הין און צוריק איבער'ן שענק און איהר זינגען, אָפֿט מיט אַ זיפֿץ.
װוען ער האָט געשװויגען פֿון דאגות, פֿלעגט ער, פֿון צײַט צו צײַט, צוזאַמענגענעמען די ליפֿען, װוי צום פֿײַפֿען, און אַרױסלאָזען דעם אָטעם מיט אַן אומעטיגען קלאַנג. אָדער אַז ניט, פֿלעגט ער שטעהן בײַם פֿענסטער און קוקען מיט זײַנע אומעטיגע אױגען אױפֿ'ן גאַס.
„פּרנסה-פֿראַגען" זײַנען אױף איהם אימער געלעגען װוי אַ שװוערע משׂא; אָבער ניט דאָס אַלײן פֿלעגט אין איהם אַרױסרופֿען אומעט. ער איז געװוען אַ שטימונגס-מענש אין דעם שאַרפֿסטען זין פֿון דעם אױסדרוק. װוען ער איז געװוען פֿרעהליך, 97פֿלעגט ער זײַן צו פֿרעהליך. און װוען ער פֿלעגט זײַן פֿאַר-דאגה'ט, פֿלעגט ער זײַן צובראָכען.
כּמעט יעדער איד האָט ליב אַן אומעטיגען נגון. מײַן טאַטע אָבער האָט דאָס ליב געהאַט לײַדענשאַפֿטליך.
צו דעם לעבענס-קאַמף האָט ער װוייניג געטױגט, און בײַ דעם שיקזאל איז ער קײן ליבלינג ניט געװוען.
אײַנמאָל איז מײַן פֿאָטער געקומ'ען פֿון דאַװונען זעהר אַ פֿאַרטרױוערטער און אַן אױפֿגערעגטער. און גלײַך װוי ער איז אַרײַנגעקומ'ען, האָט ער זיך געזעצט אױף דער ערד און אַראָפּגעצויגען די שטיװועל פֿון זיך, און האָט זיך צואװוײנט אױפֿ'ן קול.
אין קלױז האָט ער יענעם פֿריהמאָרגען געדאַװונט בײַם עמוד. פֿלוצלונג געהט צו איהם צו אײַנער פֿון די בעלי-בתּים, שטופּט איהם אַװועק פֿון עמוד און זאָגט צו איהם: „געהט ר' שכנא, איהר זײַט אן אבֿל"*.
זײַן מוטער איז געשטאָרבען.
פֿונקט אױף אַזא אופֿן האָט ער זיך דערװואוסט װוענען זײַן פֿאָטער'ם טױט מיט עטליכע יאָהר פֿריהער, ווען מיר האָבען נאָך געװואוינט אין פּאָדברעזע.
עס זײַנען געבליבען צװוױי ניט-פֿאַרהײַראַטע קינדער — אַ בחור מיט'ן נאָמען אברהם און אַ מײדעל, אַ יאָהר 14, מיט'ן נאָמען חנה.
פֿאַרהײַראַטע זײַנען איבערגעבליבען דרײַ זיהן און צװוױי טעכטער.
חנה'ן האָט מײַן פֿאָטער שפּעטער צוגענומ'ען צו זיך. זי האָט אין װוילנא באַקומ'ען אַ שטעלע אין אַ פּאַפּיר-קראָם אױף יאַטקעװוער גאַס. זי פֿלעגט מיר דערצעהלען װוענען איהר באַלעבאָסטע, װוענען די קונדען, װוענען די קאָלירטע, געצירטע פּאַפּיר, װאָס איינבינדער האָבען געקויפֿט צו זייער אַרבייט.
אַװערעמטשיק (אברהם) האָט געלערענט ערגעץ-װאו. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער זיך באַװוייזען אין װוילנא אױף אַ קורצער צײַט — אַ שטילער, אַן עהרליכער, אַ ליבליכער.
98אין װוילנא האָט געװואוינט אַ ברודער פֿון מײַן געשטאָרבענער באַבען — „דער פֿעטער מאיר". ער איז געװוען אַ פֿאַרמעגליכער פֿיש-הענדלער, אַ קלוגער איד. אָפֿט פֿלעגט מײַן פֿאָטער צו איהם געהן שבת-צו-נאַכט אױף אַ גלאָז טהיי, און ער פֿלעגט מיך מיטנעמ'ען.
שבת-צו-נאַכט פֿלעגען צום פֿעטער מאיר אױך קומ'ען שדכנים װוענען חתנים פֿאַר זײַנער אַ טאָכטער, מיכליע. דער פֿעטער פֿלעגט די חתנים עקזאַמינירען: האָבען מיט זיי אַ שמועס און געבען זיי עפּעס אױפֿצושרײַבען (דערצו זײַנען געװוען אָנגעגרײט ספּעציעלע טינט און פֿעדער און פּאַפֿיר). ער פֿלעגט באַקוקען דעם קאַנדידאַט'ס האַנדשריפֿט, און, אױף שפּאַס, אַלײן אױך עפּעס אױפֿשרײַבען, צו װוייזען אַז ער האָט זיך מיט זײַן כתבֿ אױך ניט װאָס צו שעמ'ען.
קערפֿערלעך איז מײַן פֿאָטער געװוען אַ שטאַרקער, אָבער דאָס האָט מיר ניט אינטערעסירט. זײַנע נגונים, זײַן בענקעניש, זײַן התלהבֿות — זײ פֿלעג איך אױף מײַן נײַן-צעהן-יעהריגען שטײגער דורכלעבען צוזאַמען מיט איהם.
איך װוייס ניט פֿאַרװואָס דאָס איז — יעדעס מאָל װוען איך שטעל זיך פֿאָר איהם אין דער הײיליגסטער שכינה פֿון מײַן אָנדענקען נאָך איהם, זעה איך איהם אין אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט, װוען מיר פֿלעגען געהן פֿון סטראַשונער'ם קלײזעל, נאָכ'ן דאַװונען.
פֿרײַטאָג, „נאָך האַלבען טאָג", און פֿרײַטאָג אױוונט פֿלעגען איבערהױיפּט זײַן די טײַערסטע טײילען פֿון דער װואָך בײַ מיר. און זײַן געזיכט אין דער צענטער כּמעט אין אַלע דאַמאָלסדיגע ליבע שטונדען.
פֿרײַטאָג איז מען אַ האַלבען טאָג פֿרײַ פֿון חדר, און מאָרגען איז מען אַ גאַנצען טאָג פֿרײַ. דאָס איז די הױפּטזאַך.
אַ פֿרײַהײַטס-געפֿיהל, אַ גן-עדן געפֿיהל...
פֿון די סצענעס פֿון יענעם טאָג דערמאָן איך זיך װוי אַ רוס מיט אַ קײַלעכדיגער רױיטער באָרד, קומט מיט זײַן װועגעלע 99זאַמד — צװוױי קאָפּיקעס אַ זעקעל, רױיטע, פֿײַכטלעכע זאַמד, צו באַשיטען די אױסגעקערטע פּאָדלאָגע. דאָס איז געװוען אונזער קאַװיאָר*).
— פּיעסקו, פּיעסקו קאַמו נאַדאָ? (זאַמד, זאַמד! װער דאַרף זאַמד?) — פֿלעגט ער לופֿטיג שרײַען מיט אַ ספּעציעלען נגון, אױסציהענדיג דעם קמץ פֿון „נאַדאָ" װוי אַ לאַנגען פּתח. ער האָט געהאַט אַ הומאָר-געפֿיהל, און ער פֿלעגט צולײגען:
— לײַפּציגער זאַמד, קעניגסבערגער, פּאַריזער, װוינער זאַמד!
די עטליכע װוערטער פֿלעגען מיר פֿאַרשטעהן, און לאַכען פֿון זײ. און װוען ער און זײַן װועגעלע זײַנען שױן געװוען אַװועק אין אַנדערע הויפֿען, פֿלעגען מיר, קינדער, אומגעהן און שרײַען:
— פּעסקו, פּעסקו קאַמענאַדע!!
די אמת'ע ליכטיגע מאָמענטען פֿלעגען זיך אָנהויבען שפּעטער, װוען אין שענק האָט מען שױן אָנגעגאָסען די לעצטע קװוארט בראַנפֿען דורך דער „לײַקע", און די גאַס-טיר איז שױן געװוען פֿאַרמאַכט.
לעבען טױער איז געשטאַנען אַ באַנק, און דאָרטען פֿלעגען זיך דאַן אױסזעצען װוייבער און מײדלעך, אַלע אױסגעצװואָגענע, אַלע אין ריין-אױסגעװואַשענע פּערקעלנע קלײדלעך און יאַקלעך. לעבען באַנק, אין אַ װוינקעל פֿון טױער, איז געװוען אײַנגעגראָבען אַ קלעצעל, צו פֿאַרטשעפּען די לײַצעס, װוען עס פֿלעגט צופֿאָהרען אַ װאָגען. דאָרטען פֿלעגען זיך צוזאַמענקלײַבען עטליכע אינגלעך פֿון הױף, אינגלעך פֿרײַ פֿון חדר אױף אַ גאַנצען מעת-לעת.
דאָ פֿלעגען די מײַדלעך שפּילען אין „ביקעל" — װוארפֿען אַ קלײַנעם אײַזערנעם באַל אָן דעם ברוק, כאַפֿען איהם אָפּגעשפּרונגענעם, און צעהלען מיט אַ מײַדעלשען נגון:
— צע-העאן! צװואַנ-ציג! דרײַ-סיג! פֿער-ציג! ...
װוען עס איז געװוארען שפּעט, און מאַנסבילען מיט אינגלעך 100האָבען שױן גענומ'ען געהן צו קבלת-שבת, פֿלעגט מען אָפּשטעלען די שפּיל.
— גענוג! שבת! — פֿלעגט אימעצער זאָגען מיט רעליגיעזע תּענוג-פֿורכט.
אָפֿט פֿלעגט פֿאַרבײַגעהן אַ פֿאַרשפּעטיגטער שוסטער, אין אײַלעניש, טראָגענדיג אַ בלישטשענדע, אָקאָרשט געענדיגטע פּאָר שטיװועל צו אַ קונד.
דער טאַטע קומט אַרױס אַן אױסגעפּוצטער און איך געה מיט אים מיט.
שבת פֿלעגט ער טראָגען אַ הױכען קאַפּעלוש. יעדער באַלעבאַטישער איד האָט אַזאַ געטראָגען. אָבער ניט אימער פֿלעגט ער איהם אָנטאָן צו קבלת-שבת; שבת — אימער. דער טאַטע אַלײן פֿלעגט זײַן קאַפּעלוש רופֿען, אױף שפּאַס, „מײַן װוייקשאַפֿט". אָבער טאַקע נאָר אױף שפּאַס. און װוען ער פֿלעגט איהם אָנטאָן, פֿלעגט זײַן הױכע פֿיגור אױסזעהן אַ סך העכער. און דאָס האָט געשטימט מיט זײַן באַגריף װוענען שבת.
זײַנע שבת'דיגע בגדים זײַנען באַשטאַנען פֿון אַ שװוארצע געװוענטענע קאַפּאָטע און שװוארצע געװוענטענע הױזען. און די שטיװועל זײַנען געװוען אימער אָפּגעפּוצט גלאַנציג; דאָס איז שױן געװוען מײַן אַרבייט — אָפּצופּוצען זײַנע שטיװועל און מײַנע.
די געװוענטענע קאַפּאָטע פֿלעגט ער אימער אָנטאָן פֿרײַטאָג-צו-נאַכט אױך.
סטראַשונער'ם הױף (ער עקזיסטירט שױן ניט מעהר) איז געװוען אַ לאַנגער און אַ שמאָלער. און ער איז געגאַנגען פּאַראַלעל צו קלײַן-סטעפֿאַן גאַס. װוען מען איז אַרױס פֿון אונזער שענק און מען האָט געשטעלט פֿינף אָדער זעקס טריט, איז מען געװוען בײַ זײַן טױער. די קלײַזעל איז געװוען אין אַ װוינקעל פֿון זײַן װוייטסטען ברעג. איהרע פֿענסטער זײַנען אַרױסגעקומ'ען אױף קלײַן-סטעפֿאַן גאַס. װוען זי איז געװוען באַלױכטען מיט אָנגעצונדענע ליכט אין די הענג-לײַכטער, און די באַלעבאַטים זײַנען געװוען אַרומגעװואַשען און אין זייערע 101שבת'דיגע קאַפּאָטעס, האָט זיך דער שבת געפֿיהלט אין אַלע בײַנער.
דער שבת הױבט זיך ערשט אָן. ער איז פֿריש, װוי אַ פֿרישע בלום.
מײַן מאַטע פֿלעגט מיר דערצעהלען װוענען דער נשמה יתירה, װאָס קומט אַראָפּ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט. איהר האָב איך אָבער געפֿיהלט ערשט שפּעטער, נאָכ'ן דאַװונען, אין שטוב. אין קלױז איז סתּם געװוען שעהן — שעהן פֿאַר'ן אױג, פֿאַר'ן אױער און פֿאַר'ן האַרצען.
דעם פֿרעהליכען גערויש פֿון קבלת-שבת און פֿון מעריב האָב איך ליב געהאַט. איך פֿלעג זיך אָבער פֿאַרטראַכטען, קוקען אױף די אידען: אױף לײַבעטשקעס סטראַשונער, דעם באַלעבאָס; אױף אַ דיקליכען הענדלער פֿון היי און האָבער; אױף זלמן דעם רעדערניק, פֿון װועלכען עס האָט זיך אימער געהערט דזשענעכץ; אױף דעם יונגען קלײַן-בערדעלדיגען עסיג-מאַכער, פֿון װועלכען עס פֿלעגט זיך אימער הערען עסיג.
אײַנער אַ יונגערמאַן, אימיצענ'ם אַן אײַדעם, האָט געהאַט אַ שם פֿאַר אַ חריף, פֿלעג איך אױף איהם קוקען מיט באַװואונדערונג. מיט באַװואונדערונג פֿלעג איך אָבער אױך קוקען, װוי עס דאַװונט לײַבעל דער רימער, װועלכער האָט געהאַט אַ שם פֿאַר „אַ קינצלער אַ בעל-מלאכה".
אַן אַנדערער פֿון די דאַװונער, אַ יונגער איד מיט אַ קײַלעכדיגען װוייסען פּנים, איז געװוען אַ סופֿר; פֿלעגט ער מיר אױך אינטערעסירען. װוארים איך פֿלעג פּרואװוען שרײַבען „קסיוועטענע" אותיות און ניט קענען; און ער האָט עס יאָ געקענט. ער פֿלעגט זײַנע מזוזות אָדער מגילות שרײַבען אין דעמזעלבען צימער, װאו מײַן מאַמע פֿלעגט מיר אַמאָל שיקען מיט איהר טשאָלענט, אין זאַביעגעס (סאַפֿיעגאָ'ם?) הױף.
פֿלעג איך זעהן װוי ער זיצט דאָרטען, אין זײַן שלאָפֿראָק, און שרײַבט מיט אַ פֿעדער פֿון אַן אינדיק. שבת אין דער פֿריה פֿלעג איך אָפֿט אַהין געהן אָפּנעמען דעם טשאָלענט; שטעהן און װוארטען מיט אַ גרופּע װוייבער, מײדלעך און אַ פּאָר אינגלעך, 102ביז מען פֿלעגט אָפּברעכען די פֿאַרטריקענטע ליים אַרום דער „זאַסלאָנקע", און נעהמען אַרױסרוקען די טעפּלעך מיט דער „װוילקע". דאַן האָט דער סופֿר ניט געאַרבייט, נאַטירליך. ער איז אָבער געװוען אין שטוב.
בײַם דאַװונען פֿלעג איך אױך זעהן „אונזער" שוסטער, אַ הױכער איד, ניט קײן געזונטער. „אונזער" שנײַדער האָט געדאַװונט אַנדערשװואו.
מיט ספּעציעלע שעהנע פֿאַרבען מאָלט מיר דער זכרון װוי מיר געהען פֿון קלױז.
די גאַנצע לענג פֿון סטראַשונער'ם הױף געהען מיר דורך. דער טאַטע שמועסט מיט אימעצען, און איך טראָג זײַן סדור, װוארף איהם און כאַפּ איהם אין אַ געמיט פֿון צופֿרידענהײַט און פֿון ערװוארטונגען אױף דער פֿרײַטאָג-צו-נאַכטיגער װועטשערע... מיר געהען פֿאַרבײַ זלמן דעם רעדערניק'ם רעדער און פּינעסעס הערינג-סקלאַד. מיר קומ'ען צו צום גרױיסען טױער, מיר געהען אַרױס אױפֿ'ן מערקעל. דער טאַטע זינגט שטילערהײַט, און איך װוארף און כאַפּ דעם סדור אין דער זעלבער שבת'דיגער שטימונג, װוי ער זינגט.
דאָס אַלץ געדענקט זיך אַזױ קלאָר — כּאַטש שטעל אַװועק אַן אײַנגעפֿאַסטען לײַװוענט, און דער בילד װועט זיך אַלײן אױסשפּרײיטען איבער איהם, אַ לעבעדיגער...
מיר קומ'ען אַרײַן אין שטוב מיט אַ „גוט שבת!"
— גוט שבת! — ענטפֿערט די מאַמע, אַן אױסגעצװואָגענע, אין אַ פֿריש-געװואַשענעם יאַקעל, אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכטיג מידע, אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכטיג גוטמוטיגע.
דער טיש מיט דעם קלאָהרען טישטוך, די אָפּגעשײַערטע לײַכטער מיט די געבענשטע ליכט — די שכינה רוהט אױף זײ.
דער טאַטע געהט הין-און-צוריק, זינגענדיג באַגײַסטערט:
— שלום עליכם, מלאכי השרת...
אָט דאַן דוכט זיך מיר אַז איך קען פֿיהלען די נשמה יתירה.
103זי קלינגט אין זײַן נגון. זי בליטשטשעט אין די אױסגעשײַערטע לײַכטער דער מאַמע'ם.
מען װואַשט זיך, מען זעצט זיך צום טיש — דער טאַטע אױבען-אָן, בײַ דער שמאָלער שטיקעל װואַנט צװוישען דעם רױטען שלאָף-באַנק און דער טיר פֿון ספּאַלניע; די מאַמע בײַ אַ זײַט טיש, און איך אױפֿ'ן רױטען שלאָף-באַנק אַנטקעגענען איהר. דער טאַטע מאַכט קידוש אױף די חלה. ער שניידט איינע פֿון זײ. ער גיט מיר אַ „מײצע". די חלה איז פֿריש, אַ „מאכל"... מאָרגען װועט זי שױן ניט זײַן פֿריש; און ניט קײן פֿרישע חלה האָב איך ניט ליב.
די פֿיש, די לאָקשען, די שטיקעלע פֿלייש, דער הײיסער, פֿאַרעדיגער צימעס. צימעס האָב איך גראַד ליב געהאַט װוען ער איז קאַלט, װוי מען פֿלעגט איהם געבען מאָרגען אין דער פֿריה, װוען מען איז געקומען פֿון דאַװונען. אָבער דאַן איז שױן די נשמה יתירה אױך אַן אָפּגעקיהלטע.
װוען די װועטשערע איז געענדיגט, הײיסט מיר דער טאַטע איהם ברענגען אַ שטרוי פֿון בעט, די צייהן צו קאַלופּען. אז עס זײַנען פֿאַראַן צייהן-העלצלעך אױף דער װועלט, האָב איך אַפֿילו ניט געהערט.
דאַן נעמט זיך דער טאַטע צום מדרש, די מאַמע צו איהר טײַטש-חומש און איך צום „ספֿר הישר" אױף אידיש — צו אײַנצעלהײיטען װוענען דער סדרה, מיט אָטעם-פֿאַרכאַפּענדע מעשׂות װועלכע זײַנען אין חומש ניטאָ. אָדער דער טאַטע לײיענט מיט מיר דעם „יוסיפֿון" — אױך מעשׂות, פֿון װועלכע די האַרץ ציטערט אַזש.
פֿיער-און-פֿופֿציג, פֿינף-און-פֿופֿציג, זעקס-און-פֿופֿציג יאָהר צוריק איז דאָס געװוען...
איצט, זיצענדיג בײַ מײַן דעסק, פֿאַרטראַכט איך זיך װוענען יענער צײַט. ס'איז אַלץ אַזױ װוייט, אַזױ װוייט, אָבער אַזױ קלאָהר.
װוי אַ דײַטליך-הילכענדער נגון פֿון אַ װוייטער פּיאַנאָ.
אַ געטליכער נגון.
104דער ערשטער יאָהר, װועלכען איך געדענק אין דער פֿאָרמע פֿון ציפֿער, איז 1869.
אין יאַנואַר פֿון יענעם יאָהר, אין אַ װוינטער אָװונד, בשעת איך האָב זיך אױסגעטאָן צום שלאָפֿען, האָט מײַן מאַמע באַמערקט, אַז איך היט מײַנע קעשענעס פֿון איהר. זי האָט דורכגעטאַפּט מײַן קאַפּאָטקע און אַרױסגענומען פֿון דאָרטען אַ „בּוקװואַר" — אַ ביכעלע מיט אַ רוסישען „אַלף-בית" און די ערשטע טריט אין לערנען זיך לײיענען רוסיש.
— פֿון װואַנען האָסטו דאָס? — האָט זי מיר שטרענג גענומ'ען אױף אַ פֿאָרהער.
ניט װוייל זי האָט לײיענען רוסיש געהאַלטען פֿאַר אַן עבֿירה איז זי געװוען אין כעס. זי אַלײן האָט אױך געקענ'ט לעזען רוסיש אַבֿיסעל. און מיר גופֿא װאָלט מען שפּעטער אױך געלערענט אַבֿיסעל רוסיש. פֿאַרװואָס אָבער באַהאַלט איך זיך מיט דעם? און װוי אַזױ האָב איך דעם ביכעל באַקומ'ען? קאָסט עס געלט? טאָ פֿון װואַנען האָב איך דאָס?
זי האָט אַרײַנגערופֿען דעם טאַטען. איך האָב צוערשט ניט געענטפֿערט: געשטאַנען אַ בייזער, זיך געװוארפֿען, געװויינט און ניט גערעדט. איך בין געװוען אַ בן יחיד, מיט אַ לעבעלע אין דעם רעכטען אױער אַלס „אַ סגולה"; און מען האָט מיר גערופֿען „אַלטער" — אױך אַלס אַ סגולה. קורץ, איך האָב געװואוסט אַז מען װועט מיר גאָרניט טאָן.
זײ האָבען געביטען זייער טאַקטיק. גענומ'ען געהן מיט גוטען. איך האָב זיך אָבער אַלץ ניט „מודה געװוען". ענדליך זײַנען זײ געװוארן געװוארען דעם אמת אָהן מיר.
אַ אינגעל האָט מיר פֿאַרקױפֿט דעם „בּוקװואַר" פֿאַר צװוױי קאָפּיקעס, און פֿאַר דרײַ קאָפּיקעס אַ װואָך האָט ער מיר „געלערענט רוסיש". דער אינגעל איז געװוען דער זוהן פֿון אַ סטאָליער, װועלכער פֿלעגט אַרײַנקומ'ען צו אונז אין שענק — דער זעלבער װואָס האָט פֿאַר אונז געמאַכט דעם רױטען שלאָף-באַנק 105דער אינגעל איז געװוען אַ פּאָר יאָהר עלטער פֿון מיר (איך געדענק ניט זײַן נאָמען). ער פֿלעגט אָבער מיט מיר אָפֿט שמועסען. זײ האָבען געװואוינט אין שלמה קיסין'ם הױף.
ער איז געגאַנגען אין „נאַראָדנאַיע אוטשילישטשע", אַ קאַזיאַנע פֿאָלקס-שול, װאו אידישע אינגלאַך האָבען זיך געלערענט רוסיש און אַריטמעטיק. איך בין איהם מקנא געװוען װאָס ער לערענט זיך רוסיש. און איך האָב איהם געבעטען ער זאָל מיר אױך לערנען. אױף דיזען אַרט איז דאָס אַרױסגעקומען אונזער אָפּמאַך.
אַז דאָס איז געװוען אין 1869 איז זיכער, װוארים איך געדענק װוי ער האָט דעם יאָהר אױפֿגעשריבען אױף מײַן „בּוקװואַר", און איך האָב די ציפֿער נאָכגעשריבען אױף שטיקלעך פּאַפּיר. אַז עס איז געװוען אין יאַנואַר, װוייס איך, װוייל איך געדענק װוי, שרײַבענדיג די פֿיר ציפֿער, האָט ער געזאָגט אַז דאָס איז דער נײַער יאָהר, אַז „מיט אַ װואָך פֿריהער איז געװוען 1868 און איצט איז שױן 1869".
יענעם אָװענד זײַנען אונזערע פֿינאַנציעלע באַציהונגען איבערגעריסען געװואָרען. מײַן באַגעהר צו קענען רוסיש האָט זיך אָבער מיט דעם ניט געענדיגט. װאו איך האָב נאָר געכאַפּט אַ שטיקעל געדרוקטע רוסיש, פֿלעג איך דאָס פּרובֿען איבערלעזען. איך האָב איבערגעלייענט די יאַרליקעס אױף אַלע פֿלעשלעך אין אונזער שענק. איך האָב זיך געמאַטערט איבערצולייענען דעם „פּאַטענט" אױפֿ'ן װואַנט, די „זנאַקעס" (סיינס) אױף די קראָמען.
מײַן פֿערטער חדר אין װוילנא איז געװוען אין שלמה קיסין'ם הױף, אַ מינוט גאַנג פֿון זשירמונסקי'ס. דער רבי איז גע106װוען אַ גרױיסער למדן. ער איז געװוען אַלט און שװואַך און מעהר װוי פֿיר אינגלעך האָט ער ניט געהאַלטען. דערפֿאַר האָט ער גענומען ניט װוייניגער װוי אַכצעהן רובל אַ זמן פֿון אַ אינגעל — אַ גרױיסע סומע פֿאַר יענע צײַטען. אַפֿילו מיט אַזאַ שכר לימוד װאָלט איהם אונמעגליך געװוען צו לעבען, װוען זײַן פֿרױ װאָלט ניט געװוען קײן פֿאַרדינערין. זי איז געװוען אַ קרעמערקע אין שלמה קיסין'ם שניט-קראָם אױף גלעזער גאַס, און זײ האָבען זיך געװואוינט בעל-הבת'יש און זעהר ציכטיג. דאָס איז געװוען דער רײַנסטער און נעטסטער פֿון אַלע מײַנע חדרים.
אַכצעהן רובל איז פֿאַר מײַן פֿאָטער ניט גרינג געװוען צו צאָהלען. ער פֿלעגט זיך באַקלאָגען װועגען דעם און זיך באַריהמען מיט מײַן הױיך-געפּרײַזטען רבי'ן, מיט דער טיפֿקייט פֿון זײַן לערנען און מיט דער פּעולה װאָס איך טו בײַ איהם.
װוי מען האָט דיזען מלמד גערופֿען, געדענק איך ניט. דאָס איז דער אײַנציגער פֿון אַלע מלמדים, װאָס איך האָב געהאַט, װועמעס נאָמען איך האָב פֿאַרגעסען.
מסתּמא איז דאָס דערפֿאַר װאָס איך האָב בײַ איהם פֿאַרבראַכט די קירצסטע צײַט (ניט רעכענענדיג מײַן פֿעטער מענדע'ס חדר) — נאָר איין זמן. ער איז געװואָרען קראַנק און מעהר קנעלען האָט ער ניט געקענט.
איינער פֿון מײַנע חברים בײַ דיזען מלמד איז געװוען אַ אינגעל מיט'ן נאָמען „עלקע". ער איז געװוען אַ יתום און מײַן פֿאָטער איז באַקענט געװוען מיט זײַן מוטער, װועלכע ער פֿלעגט לױבען אַלס אַ אשה צנועה. ער איז געװוען אַ שעהנער אינגעל מיט איידעלע געזיכטס-שטריכען, מיט אַן אָנגענעהמען שמייכעל, רױיטע באַקען, און מיט אַ שעהנע קאָפּ געקרייזעלטע האָר. ער איז געװוען אַ יאָהר עלטער פֿון מיר און ער האָט געהערט צו אַ העכערער כתה, דאָס הײיסט, אַז מיט איהם האָט דער רבי געלערענט באַזונדער. אַ חוץ פֿעהיגקייט צום לערנען האָט ער אַרױסגעװיזען טאַלאַנט צום שניצען און אױסקנעטען פֿיגורען.
איינמאָל, בשעת ער האָט געהאַלטען אין לערנען, האָבען זײַנע הענט אונטער'ן טיש געאַרבייט אױף אַ שטיקעל װואַקס. ער האָט געלערענט מיט התמדה און דער רבי האָט קײן זאַך 107ניט באַמערקט. װוען ער האָט געענדיגט דעם ענין, האָט ער אױפֿ'ן טיש אַרױפֿגעלייגט די פֿיגורען פֿון צװוױי קאַטשקעלעך, װוי זײ שטעהען בײַ אַ שיסעל מיט װואַסער. איינע האַלט דעם שנאָבעל אין די װואַסער, און די אַנדערע האַלט די קעפּעלע פֿאַרריסען. זי שלינגט אַראָפּ די װואַסער װאָס זי האָט אָנגענומען אין מױל.
„ער װואַקסט אַן אַנטאָקאָלסקי", פֿלעגט מען אױף איהם זאָגען.
דער זמן װאָס מיר האָבען געלערענט צואַמען איז געװוען װוינטער. איין מאָל, װוען עלקע און איך זײַנען געשטאַנען בײַם אױװוען, און איך האָב אױסגעשפּרײט איין האַנט נאָהענט צו די הייסע קאַכלעס, האָט ער איהר צוגעדריקט צו דער קאַכלע און געהאַלטען מיט גװואַלד ביז זי איז באַדעקט געװואָרען מיט פּענכערס. איך האָב גענומען שרײַען. עס איז אַרײַנגעלאָפֿען דער רבי און איהם אָנגעפּאַטשט.
נאָך יענעם װוינטער האָב איך איהם קיין מאָל ניט געזעהן. אַ געװויסע צײַט שפּעטער האָב איך געהערט, אַז װוען אַנטאָקאָלסקי האָט באַזוכט װוילנא האָט ער געזעהן עלקע'ס שניצערײַ, און ער האָט איהם מיטגענומען מיט זיך קיין פּעטערסבורג, װאו ער האָט איהם געלערענט די סקולפּטאָר קונסט*.
דער חדר איז געװוען אױף אַ צװוייטען עטאַזש און דער פֿענסטער איז אַרױסגעקומען אױף אַ קליינינקען גאַניקעל, װועלכער האָט אַרױסגעקוקט אױפֿ'ן הױף. װוען די שױבען זײַנען ניט געװוען פֿאַרצױגען פֿון פֿראָסט, און איך בין ניט געזעסען בײַ דער גמרא, האָב איך ליב געהאַט צו קוקען דורכ'ן פֿענסטער.
דער הױף איז געװוען אַ גרױיסער און אױף איהם זײַנען געשטאַנען עטליכע געביירעס, גרעסערע און קלענערע, געמױערטע און הילצערנע. װוער די איינוואוינער זײַנען האָב איך געװואוסט נאָך פֿון פֿריהער, װוארים כמעט יעדער פֿון זײ פֿלעגט פֿאַרבײַגעהן פֿאַרבײַ 108אונזער שענק, און איך פֿלעג ליב האָבען צו קוקען און באַאָבאַכטען.
קלמן שולמאן, דער העברעאישער שרײַבער, האָט געװואוינט אין איינער פֿון די קלענערע הײַזער, אין רעכטען מיטען פֿון קיסין'ם הױף. כמעט אימער װוען ער פֿלעגט אַרױסקומען פֿון זײַן טיר, פֿלעגט ער האָבען אַ טרױעריג-פֿאַרטראַכטען פּנים. געקליידט איז ער געװוען הײַנטװועלטיג, אָבער ניט װוי אַ פֿראַנט. זײַן זוהן, װועלכער איז געגאַנגען אין ראַבינער שוהל און האָט געטראָגען אַ „קאַזיאַנע" היטעל — אַ ברייטע, אַ שװוארצע, מיט אַ בלישטשענדען שװוארצען קאַזיראָק — האָט אױף מיר געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַן „אמת'ען גוי".
אונטער דעם זעלבען דאַך האָט געװואוינט אַ שעהנער איד מיט אַ שעהנע שװוארצע באָרד, אַ לאַנגע, אַ גרױיסע, אַ פּריצישע — איינע פֿון די באַריהמטע בערד אין שטאָדט. ער איז געװוען זעלטען ציכטיג געקליידט און ער האָט געהאַט אַ הױיכע װואַזשנע פֿיגור, מיט אַ שטאָלצען פּריצישען גאַנג. ער איז אָבער געװוען אַ איד װוי אַלע אידען — אַ מעקלער דאַכט זיך — און ער פֿלעגט אַמאָל אַרײַנקומען צו אונז אין שענק. איך פֿלעג ליב האָבען צו הערען װוי ער רעדט. ערשטענס, האָט ער געהאַט אַ פֿיינע שטימע און אַ פֿיינע אױסשפּראַכע. און צװוייטענס, פֿלעגט ער דערצעהלען װואונדערליכע מעשות. איך האָב געװואוסט, אַז זײַנע שעהנע מעשות גלױבט מען ניט; אַז אייניגע פֿון זײַנע לינענס האָבען אַזאַ שם װוי זײַן ציכטיגע רײַכע באָרד.
און דאָס, צוזאַמען מיט דער דאָזיגער באָרד זײַנער און מיט זײַן מערקװוירדיגען לשון, פֿלעגט אױף מיר מאַכען אַן איינדרוק װוי אַ פֿאַנטאַזיע — אַזױ װוי ער װאָלט אינגאַנצען געװוען אַן אױסגעטראַכטער.
אליהו „װואָלאָזשינער" האָט אױך געװואוינט אױף שלמה קיסין'ם הױף — דער באַריהמטער אליהו דער סופֿר, װאָס האָט געשריבען ספֿר-תורה'ס פֿאַר משה מאָנטיפֿיאָרען. ער האָט געהאַט עטליכע זיהן, פֿון װועלכע מײַן געװוועזענער חבר פֿון חאַצקעל'ס חדר איז געװוען דער אינגסטער, און זײ האָבען אַלע געהאַט טאַלאַנט צום צייכענען אָדער מאָלען. דער עלטסטער זוהן האָט אַמאָל צו אונזער רבי'ן אַרױפֿגעטראָגען אַ „מזרח", װאָס ער האָט אױפֿגעמאָלען, האָב איך זיך ניט געקענט אָפּװואונדערען. אָבער אַ פּאָר יאָהר 109שפּעטער האָב איך געזעהן װוי ער קױלעט הינער אין דער שחיטה-שטיבעל. אַ אינגערער זוהן איז געגאַנגען אין דער װוילנער קונסט-שוהל, און איך פֿלעג זעהן װוי ער טראָגט גרױיסע פּאָרטרעטען װאָס ער פֿלעגט אױסמאָלען מיט אַ בלײַשטיפֿט.
אליהו דעם סופֿר'ס פֿאָטער איז אױך געװוען אַ סופֿר. ער איז אָבער שױן געװוען צו אַלט צו אַרבייטען.
אַ צװוייטע פֿאַמיליע פֿון קיסין'ם הױף געדענק איך אױך, הױפּטזעכליך װוייל זי האָט געהאַט עטליכע זיהן, און װוייל זײ זײַנען אַלע געװוען קורץ געװואַקסען. איך װוייס ניט פֿאַרװואָס, אָבער װועגען זײ פֿלעג איך ניט זאָגען אַז זײ זײַנען „נידעריג", נאָר „קורץ" — אַזאַ איינדרוק האָבען זײ אױף מיר געמאַכט.
אין קיסין'ם הױף האָט אױך געװואוינט אונזער שניידער — אַ איד מיט אַן איינגעפּלעטשטען נאָז; אױך האָט דאָרטען געװואוינט דער סטאָלער װאָס האָט געמאַכט אונזער רױיטען שלאָף-באַנק און װועמענס אינגעל האָט מיר געלערענט מײַנע ערשטע טריט אין רוסיש לעזען.
אױף דעם זאַװואוליק, װאָס האָט זיך געצױגען פֿון שבת זשירמונסקי'ס הױף ביז שלמה קיסין'ם הױף, פֿלעגען מיר זיך שפּילען און אַרומלױפֿען. ער איז געװוען באַװואוינט נאָר פֿון איין זײַט (װוען מען איז געגאַנגען צו שלמה קיסין'ם הױף צו, איז דאָס אױסגעקומען אױף דער לינקער זײַט). דאָרטען זײַנען געשטאַנען עטליכע איין-עטאַזשינע הײַזלאַך מיט די טירען אױפֿ'ן גאַס, און דאָרטען איז אױך געװוען דער הױף, אױף װועלכען עס איז געװוען די שחיטה-שטיבעל. ערב יום-כפּור פֿלעגט מען פֿון גאַנץ שטאָדט אַהער קומען מיט די כפּרות. עס פֿלעגט זײַן אַ לעבעדיגע װועלט.
די אַנקעגענדיגע זײַט פֿון זאַװואוליק איז געװוען פֿאַרנומען מיט „געװועלבען"*, װועלכע זײַנען זומער געװוען פֿול מיט עפּעל און באַרנעס.
110דער אַרײַנגאַנג צו די געװועלבען איז אָבער געװוען פֿון זאַװואלנער גאַס. אױפֿ'ן זאַװואוליק האָט זיך דאָרטען געצױגען אַ לאַנגע „טױטע" װואַנט.
איין מאָל, אין אַ זומער, האָבען מיר בײַ דיזער װואַנט אױסגעגראַבעלט אַ גרוב, און צוגעקומען צו איינעם פֿון די געװועלבען. חברה האָט גענומען שלעפּען עפּעל. עס איז געקומען מײַן „נעקסט". איך האָב זיך איינגעבױגען, אַרײַנגעשטעלט אַ האַנט, אָנגענומען אַן עפּעל, און שױן געהאַלטען בײַם ציהען די האַנט צוריק, װוען — אַ װועה-געשריען! אַזױ װוי אַ פֿייער האָט אַ ברען געטאָן איבער מײַנע פֿינגער. איין מאָל און אַ צװוייטען מאָל. איך רײַס די האַנט, אָבער די פֿײַנדליכע קראַפֿט, װועלכע ברענט דאָרטען אינװוייניג, האַלט איהר װוי מיט צװואַנגען. ענדליך האָט מען איהר באַפֿרײַט אָבער אָהן אַן עפּעל.
דער װוייטערער ברעג פֿון דעם זאַװואוליק איז אַרױסגעקומען אױף אַ ברייטען פּלאַץ, װועלכער איז זיך צוזאַמענגעקומען מיט זאַװואלנע גאַס. דאָרטען, אױף זאַװואלנע גאַס, איז געװוען די פּאַראַדנע זײַט פֿון דעם װוילנער „הקדש". אַביסעל װוייטער איז געװוען דער האָלץ-מאַרק, און דער „פּוסטער פּלאַץ", װאו אינגלאַך פֿלעגען האַלטען „מלחמות". װוייטער איז געװוען פּלאַטער'ס באָד, װאו מיר פֿלעגען געהן אַלע פֿרײַטאָג.
שלמה קיסין'ם הױף שטעהט אױפֿ'ן ראָג פֿון דעם דערמאָנטען זאַװואוליק און אַ צװוייטען זאַװואוליקעל. אױף איין זײַט האָבען דאָרטען געװואוינט קריסטען, דורכאױס פּאָליאַקען, און אױף דער אַנדערער זײַט האָבען זיך געצױגען גערטנער.
איך קען ניט גענױ באַשטימען װוען דאָס איז געװוען. עס האָט אָבער געמוזט זײַן אַרום דער צײַט, בײַ װועלכער מיר האַלטען דאָ. איך בין אַװעק אין אַ „נאַראָדנאַיע אוטשילישטשע" און האָב זיך פֿאַרשריבען. די דאָזיגע שוהלען האָט אױפֿגעהאַלטען די רעגירונג ספּעציעל פֿאַר אידישע קינדער, און טאַקע פֿאַר אידי111שע קינדער אױך, װוארים די קאָסטען זײַנען געדעקט געװואָרען פֿון אָפּצאָהלונגען װאָס מען האָט געלייגט ספּעציעל אױף אידען. אין װוילנא האָבען זיך געפֿונען עטליכע שוהלען אזעלכע. איינע פֿון זײ איז געװוען אױפֿ'ן „פֿערד-מאַרק"*, עטליכע מינוט גאַנג פֿון אונזער שענק.
עס זײַנען געװוען צװוױי קלאסען, און מען האָט מיר אַרײַנגענומען אין דעם ערשטען. מען האָט מיר געגעבען אַ דינעם ביכעל מיט'ן נאָמען „רוסקאַיא גראַמאָטאַ". דער לעהרער, אַ הױכער, מיט גרױיסע האָר, אַן אַרומגעגאָלטער און אין אַ בלױען פֿראַק מיט מעשענע קנעפּ, האָט צו מיר גערעדט רוסיש. די אינגלעך, אַלע אָהן היטלען, זײַנען געזעסען אױף שװוארץ-געפֿאַרבטע „סקאַמייקעס". איך בין קיינמאָל אין אַזאַ װועלט פֿריהער ניט געװוען.
איך האָב גלײַך גענומען בענקען אַהיים. איך האָב געװואוסט אַז דער לעהרער איז אַ איד, און דאָך האָב איך פֿאַר איהם מורא געהאַט. פֿאַר זײַן גענאָלטער באָרד האָב איך זיך געשראָקען ניט װועניגער װוי פֿאַר זײַנע מעשענע קנעפּ, און פֿאַר זײַן רוסיש.
װוען איך בין געקומען אַהיים, האָב איך דעם טאַטען דערצעהלט די גאַנצע געשיכטע. איך האָב געגלױבט אַז ער װועט זײַן בייז פֿאַרװואָס איך האָב זיך פֿאַרשריבען אָהן זײַן װוויסען.
112איך בין אָבער אומזיסט געװוען אונרוהיג. ער איז נאָך געװוען שטאָלץ מיט מיר. אַז אַ אינגעל פֿון צעהן יאָהר זאָל אַליין אַװועקגעהן אין „קלאַס" און זיך פֿאַרשרײַבען — דאָס האָט ער געהאַלטען פֿאַר אַ מערקװוירדיגע כװואַטסטװא. אי איך האָב זיך דערנאָך דערשראָקען פֿאַר דעם לעהרער'ס מעשענע קנעפּ? האָט ער דאָס בעטראַכט פֿאַר אַ נאַטירליכע זאַך.
סתם אױפֿהערען צו געהן „אין קלאַס", האָט מען ניט געקענט. עס האָט געשמעקט מיט אַ באַזוך פֿון אַ רעגירונגס-בעאמטען, מיט שטרענגע פֿראַגען, מיט סטראשונקעס. האָב איך געפֿאָדערט פֿון מײַן פֿאָטער אַז ער זאָל דעם נעקסטען טאָג געהן מיט מיר און בעטען דעם לעהרער ער זאָל מיר אױסשרײַבען.
אױף מאָרגען איז ער מיט מיר אַװועק אין דער שוהל. אַז דאָס איז געװוען װוינטער, װוייס איך פֿון דעם פֿאַקט, אַז דער טאַטע איז געװוען װוארים אָנגעטאָן. איך זעה איהם, װוי פֿאַר די אױגען, װוי ער שטעהט אין זײַן גרינליך-שװוארצען אױבער-ראָק, װועלכער איז געװוען אונטערגעשלאַגען מיט באַראַשקענע פֿוטער, און מיט זײַן היטעל אין האַנט — אַ הױכער, אַ דאַרער, מיט אַן אַראָפּהענגענדיגען שװוארצען טשוב. די סצענע איז פֿאָרגעקומען אין דעם קלאַס-צימער. די אינגלאַך זײַנען געזעסען מיט אױסגעשטעלטע אױגען.
רוסיש האָט מײַן פֿאָטער ניט געקענט ריידען. ער האָט קױם אַרױסגעמוטשעט עטליכע װוערטער, אַז איך װויל ניט געהן, און אַז ער בעט דעם הער לעהרער מיר צו ענטשולדיגען.
דער הער לעהרער האָט זײַן בקשה מסתמא פֿאַרשטאַנען פֿון דעם אױסדרוק פֿון זײַן פּנים און פֿון זײַנע אַװואַיעס, מעהר װוי פֿון זײַן „רוסיש". און איך האָב דעם לעהרער'ס אַנטװואָרט פֿאַרשטאַנען אױף אַן עהנליכען אופֿן.
— זאָל ער געהן, אַז ער װויל — האָט ער געזאָגט — איהר װועט אָבער באקומען אַ פּאַװיעסטקע (אַן איינלאַדונג צו קומען צו דער פּאָליציי).
דעם װואָרט „פּאָװיעסטקע" האָב איך פֿאַרשטאַנען; און פֿאַר דעם האָב איך זיך אַזױ דערשראָקען, אַז מײַן אימה פֿאַר 113די מעשענע קנעפּ איז פֿאַרשװואונדען װוי צאַהן-װועהטאָג שװוינדט פֿאַר אַ גרעסערען שמערץ.
— געה, טאַטע, אַהיים! איכ'ל בלײַבען! איך האָב שױן קײן מורא ניט — האָב איך געזאָגט.
ער איז אַװועק, און איך האָב זיך גענומען פֿיהלען מונטער. איך בין געװואָרען איינער פֿון די לעבעדיגסטע אינגלעך אין קלאַס.
דער לעהרער איז געװוען שמואל יאָסעל פֿין'ס אַ זוהן. ער פֿלעגט זיך פּוצען און האָט אָפֿט געביטען זײַנע קליידער. ניט אַלע טאָג האָט ער געטראָגען זײַן אָפֿיציעלען לעהרער-פֿראַק. דאָס רוב פֿלעגט ער געהן אָנגעטאָן װוי אַ פּריװואַט מענש און כמעט יעדען טאָג אין אַן אַנדער ראָק. אַמאָל פֿלעגט ער קומען אין אַ ברױנעם אָדער שװוארצען פֿראַק (סװאַלאָו טעיל).
איך בין אין דער שול אָפּגעװוען ביז'ן סוף װוינטער. דערנאָך האָט מײַן פֿאָטער מיר גענומען אַ פּריװואַט לעהרער, אַ שילער פֿון ראַבינער-שול — אַ נידעריגען יונגען-מאַן, מיט האַרטע, שװוארצע האָר, מיט אַ האַרטער „ניט היגער" אױסשפּראַכע אין זײַן אידיש, און מיט אַן אַנגענעהמען שמייכעל. פֿאַר אַ „פּאָװיעסטקע" האָבען מיר שױן ניט געהאַט װאָס מורא צו האָבען.
װויבאַלד איך האָב געהאַט אַ רוסישען לעהרער, בין איך שױן יוצא געװוען. מען האָט דעם טאַטען אָבער קײן פּאָװיעסטקע גאָר ניט געשיקט. די זאַך האָט איבערהױיפּט קײן ממשות ניט געהאַט. די רעגירונג האָט זיך אייגענטליך ניט געקימערט צי קינדער געהען אין אוטשילישטשע צי ניט. אידישע אינטעליגענטען, װועלכע האָבען זיך געזאָרגט װועגען פֿאַרשפּרייטען בילדונג צװוישען אידען, — זײ האָבען דאָס געפּועל'ט בײַ די טשינאָװניקעס צו זײַן שטרענג אין דיזער באַציהונג. אַ אידישער שול-בעאמטער פֿלעגט געהן איבער די חדרים און סטראַשען די קינדער, װאָס האָבען זיך ניט געלערענט קײן רוסיש.
דער רוסישער לעהרער האָט מיר זײַנע שטונדען געגעבען אין שענק, בײַ דעם גרױיסען טיש, װאס איז געשטאַנען לעבען דער שלאָף-באַנק. די גאַס-מענשען און אַנדערע קונדען פֿלעגען 114שטעהן אַרום און זיך צוהערען, װוי ער לערענט מיט מיר. ער האָט מיט מיר געלעזען אַ רוסישע כרעסטאָמאַטיע (סקול-רידער) מיט'ן נאָמען „רוסקאָיע טשטעניע", און דאָס פֿאַרטייטשט אױף אידיש. און ער האָט מיט מיר געלערענט אַן אָנהױב רוסישע גראַמאַטיק.
צו דער זעלבער צײַט פֿלעגט אַ פּאָר מאָל אין װואָך צו מיר קומען אַן אַנדער יונגערמאַן און מיך לערנען דקדוק. ער איז אױך געװוען אַ „ראַבינטשיק", זעהר אַן אָרימער, אַן אָפּגעריסענער און אַ הונגעריגער, מיט אַ בלױען נאָז. אַנשטאָט געלט האָט די מאַמע איהם געגעבען עסען.
צוערשט האָט ער די דקדוק מיט מיר געלערענט אין אַ ביכעל, װאָס איז געװוען געשריבען אױף דייטש, נאָר מיט דעם ספּעציעלען שריפֿט פֿון טייטש-חומש. דערנאָך האָט ער מיט מיר געלערענט „מסלול" (אַ דקדוק אױף העברעאיש). איך האָב געפֿיהלט, אַז ער פֿאַרשטעהט אַליין ניט װאָס ער ערקלעהרט מיר. מײַן פֿאָטער האָט דאָס אױך באַמערקט. ער אַליין האָט דקדוק געקענט גאָר נישקשה, פֿלעגט ער דעם „ראַבינטשיק" אױסהעלפֿען.
עס איז דאַן ערשינען אַ העברעאישער בריפֿען-שטעלער פֿון נפֿתלי משכיל איתן, אונטער דעם נאָמען „מכתב ללמד". מײַן טאַטע האָט דעם ביכעל געקױפֿט און געלאָזען איינבינדען פֿאַר מיר. יעדען בריף האָט ער פֿריהער מיט מיר איבערגעלערענט, אַזױ װוי מען לערענט אַ קאַפּיטעל תנ"ך אין חדר. דערנאָך האָב איך דעם בריף איבערגעשריבען עטליכע מאָל, ביז איך האָב איהם געקענט אױף אױסװוייניג.
דער טאַטע האָט פֿון דעם „מכתב ללמד" נאָר געקװואָלען. ער איז ענטציקט געװוען פֿון דעם לשון און פֿון די „געדאַנקען". און מיר האָבען די בריף אױך שטאַרק אינטערעסירט — הױפּטזעכליך אַלס אַ נײַעס. די שפּראַך איז װוי אין תנ"ך; אָבער אין תנ"ך װוערט דאָך גערעדט װועגען גאַנץ פֿאַרצײַטיגע און גאַנץ פֿרעמדע זאַכען, און דאָ — װועגען היינטיגע. אַ חתן שרײַבט צו אַ כלה, אָדער צו איהר פֿאָטער, אָדער אַ איד שרײַבט אַ בריף װועגען מסחר.
115אײַזיק מאיר דיק האָט געװואױנט אױף קלײן-סטעפֿאַן גאַס, אין אַ קלײנעם הױף, װועלכער האָט געהערט צו אײנעם אַ נאַטאַנזאָן, אַ „מענש אָהן אַ נאָרגעל", װוי די חדר-אינגלעך פֿלעגען ריידען װועגען איהם. זײ האָבען דערצעהלט אַז צוליב אַ האַלדז-קראַנקהייט האָט מען איהם אױסגעשניטען זײַן גאָרגעל און אַרײַנגעשטעלט אַ גילדערנעם.
נאַטאַנזאָנ'ם הױף איז געװוען דער דריטער הױף פֿון שבת זשירמונסקי'ם. דאָרטען איז געװוען מײַן נעקסטער חדר. דעם מלמד'ם נאָמען איז געװוען ישעיה, און אַזױ װוי ער איז געװוען פֿון באַלטערמאַנקאַ — אַ שטעדטעל ניט װוייט פֿון װילנא — האָט מען איהם געװועהנליך גערופֿען ישעיה באַלטערמאַנצער.
איך גלױב אַז ער האָט געהאַט די לענגסטע באָרד אין װילנא. זי איז געװוען פֿון אַ ברױנעם קאָליר, אײגענטליך פֿון עטליכע קאָלירען: העל-ברױן, דונקעל-ברױן, רױטלעך און אַ פּאָר אנדערע שאַטירונגען. מען קען ניט זאָגען אַז זי איז געװוען אַ שעהנע באָרד.
איהר אונטערשטע האַלבע איז געװוען זעהר שמאָל און צו-רונצעלט, און זי האָט זיך געצױגען צו דער ערד-צו װוי אַ שטריק װואָס מען האָט אָפּגעדרעהט נאָך דעם װוי זי איז צו-לאַנג געװוען פֿאַרדרעהט.
ער איז געװוען זעהר אַ קורצזיכטיגער, און זײַן קורצזיכטיגקייט איז אין מײַן מוח צוזאַמענגעװואַקסען מיט זײַן אונגעװועהנליך לאַנגער באָרד, אַזױ װוי אײנס װואָלט געהאַט אַ שײַכות מיט דאָס אַנדערע.
די ערשטע מסכתא װואָס איך האָב בײַ איהם געלערענט איז געװוען פּסחים. אױף דיזער מסכתא איז ער געװוען אַ ספּעציאַליסט. דערנאָך האָבען מיר געלערענט „בבא מציאה" און „ביצה". איך האָב בײַ איהם אָפּגעלערענט עטליכע זמנים.
116ישעיה באַלטערמאַנצער האָט מיט אונז געלערענט דקדוק אױך, ניט „מסלול", נאָר בן זאבֿ'ם „תּלמוד לשון עברי", אַ גרעסערער און דיקערער בוך. ער איז אױך ניט געװוען קײן גרױיסער „בעל דקדוק", און ער פֿלעגט דאָס מיט אונז לערנען אַזױ װוי פֿון יוצא װועגען. ער האָט זיך אַלײן געמאַטערט צו פֿאַרשטיין, און זײַנע ערקלעהרונגען האָבען מיר גאָר ניט ערקלעהרט. דער געגענשטאַנד איז מיר דעריבער געװוען לאַנגװוייליג. אָבער די גמרא האָט ער מיט אונז געלערענט מיט אינטערעס. און זײַנע ערקלעהרונגען װועגען איהר זײַנען פֿאַר מיר געװוען דײַטליך. האָב איך צו דער גמרא בײַ איהם געהאַט חשק.
ער איז געװוען אַ טרײַער, עהרליכער מלמד און ער האָט געאַרבייט שװוער. זײַן קול האָט אימער געקלונגען פֿאַרמאַטערט, און זײַנע אױגען האָבען אימער אױסגעזעהן מיד.
ער האָט געהאַט אַ גרױיסע משפּחה — זיהן און טעכטער, — און אין באַלטערמאַנקאַ האָט ער געהאַט אַן אַלטען פֿאָטער מיט עטליכע ברידער, װועלכע פֿלעגען איהם אָפֿט באַזוכען. כּמעט אַלע — פֿון בײדע פֿאַמיליעס — האָבען געהאַט קורצע, פֿיר-קאַנטיגע נעזער, און זײ זײַנען איבערהױיפּט געװוען שטאַרק עהנליך אײנער צום אַנדערען.
באַלטערמאַנקאַ האָט געהאַט אַ שם פֿאַר איהרע קוכעלעך, װועלכע זײַנען געװוען געמאַכט פֿון בײגעל-טײג. פֿלעגט ישעיה'ם װוייב אומגעהן מיט אַ קאָשיק „באַלטערמאַנצער קוכעלעך". זײ האָבען געהאַט אַ קלײן קינד, אַ אינגעלע, און װוען ער פֿלעגט זיך צואױױנען און דער רבי פֿלעגט װוערען אין כּעס, פֿלעגט זי זיך צושרײַען:
— װואָס, ס'איז ניט דײַן קינד? פֿון אַ קאָזאַק האָב איך איהם געבראַכט?
קײן געפֿאַהר האָט אין איהר געשרײַ אָבער ניט געשטעקט. זײ האָבען געהאַט אַ גוט לעבען. די גאַנצע פֿאַמיליע האָט געלעבט גוט צוװוישען זיך.
איך בין צו זײ צוגעבונדען געװוארען, און פֿלעג זייער אינגעלע ברענגען „גוטע זאַכען" פֿון אונזער שענק, מײַסטענס אַ שטיקעל „רעטשיסניק". די מאַמע פֿלעגט דאָס מיר געבען ספּעציעל פֿאַר איהם.
117דער אינגסטער פֿון דעם רבין'ם אױיפֿגעװואַקסענע זיהן איז געװוען אין מײַן עלטער, און מיר זײַנען געװוען חבֿרים. ער איז מיר געפֿעלען געװוען פֿאַר זײַן פֿעהיגקײט צו קריצען חתימה'לעך, און „מײַסטרעװוען". צו אַלץ האָט ער געטױיגט. זײַן נאָמען איז געװוען יעקבֿ; מען האָט איהם אָבער גערופֿען ניט „יאַנקעלע", װוי אין װילנא רופֿט מען געװועהנליך אַ אינגעל װאָס האָט דיזען נאָמען, נאָר „יאַנקעלקע".
דער רביצין'ם עלטערע שװועסטער איז געװוען פֿאַרהײַראַט פֿאַר ר' מאָטעלען, דעם ראש ישיבֿה פֿון דעם אינגסטען „שיעור" אין ראַמיילעם קלױז. אַ קורצע צײַט נאָכדעם װוי איך בין אָנגעקומען צו ישעיה באַלטערמאַנצער, איז זי געשטאָרבען, און עטליכע מאָנאַט שפּעטער האָט ר' מאָטעלע — אַ קלײנער אידעל מיט אַ שיטערע געלע בערדעל — חתונה געהאַט מיט ישעיה'ם עלטסטע טאָכטער. די כּלה איז אפֿשר אַלט געװוען פֿופֿצעהן יאָהר. פֿריהער האָבען איהר פֿאָטער'ם תּלמידים אױף איהר געקוקט װוי אױף אַ קלײנע מײדעלע, כּמעט אונזער גלײַכען. מיר פֿלעגען איהר זאָגען „דו". ר' מאָטעלע'ם זוהן פֿון דער ערשטער װוייב איז געװוען עלטער פֿאַר איהר. װוען איך האָב איהר צום ערשטען מאָל געזעהן אין אַ פּאַרוק, האָב איך זיך צולאַכט, און זי האָט זיך פֿאַרשעמט. איהר מאַמע האָט זיך אױף מיר אָנגעבײזערט, און מיר שטרענג פֿאַרזאָגט איך זאָל געדענקען, אַז זי איז ניט קײן מײדעל, נאָר אַ װוייבעל.
פֿון די אינגלאַך װואָס האָבען געלערענט מיט מיר צוזאַמען אין חדר, אין נאַטאַנזאָנ'ם הױף, געדענק איך פֿיר. אײנער פֿון זײ האָט געהאַט דעם רבין'ם נאָמען — ישעיה'קע. ער איז געװוען דער זוהן פֿון שמעון דניאל דעם „בורר". זײַן פֿאָטער'ם באַשעפֿטיגונג איז באַשטאַנען אין דעם, װואָס ער פֿלעגט אױסגלײַכען סכסוכים צװוישען געשעפֿטס-לײַט, אָדער זײ געבען עצות. ער האָט געהאַט אַ שם פֿאַר אַ קלוגען מענשען; און אַזױ װוי זײַנער אַ ברודער איז געװוען אַ רײַכער געשעפֿטס-מאַן, איז ער באַקאַנט געװוען מיט דער גאַנצער סוחרים-װועלט און װוען עס פֿלעגט זיך מאַכען עפּעס אַ צוזאַמענשטױיס, און עס האָט ניט געהאַלטען בײַם געהן אין „סוד" (געריכט), פֿלעגט מען זיך װוענדען צו איהם. גאַנץ אַלט-מאָדישע מענשען האָבען אין אַזאַ פֿאַל געהאַט אַ 118„דין-תּורה". ר' שמעון דניאל'ם קליענטען אָבער זײַנען מײַסטענס געװוען מעהר אָדער װועניגער הײַנט-װועלטיגע מענשען. און ער אַלײן איז אױך געװוען מעהר אָדער װועניגער אַ הײַנט-װועלטיגער. ער איז געװוען געקלײדט װוי אַ מאָדערנער בעל-הבית, און מיט זײַנע גרױיע האָר און אינטערעסאַנטען פּנים האָט ער געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ חכם — אַזױ װועניגסטענס איז דאַן געװוען מײַן מיינונג.
אײנמאָל, װוען ער האָט באַזוכט אונזער חדר, און ער האָט זיך מיט'ן רבי'ן פֿאַנאַנדערגערעדט װועגען עפּעס אַ פֿאַמיליען אנגעלעגענהייט, האָט ער באַמערקט מיט אַ זיפֿץ:
— אַזױ װוי איהר זעהט, ר' ישעיה. די גאַנצע װועלט קען איך געבען עצות, און זיך אַלײן קען איך קײן עצה ניט געבען.
איך געדענק װוי ער האָט אױפֿגעװועקט מײַן סימפּאַטיע מיט דיזע װוערטער, און װוי איך האָב זיך געטראַכט: װוי קלוג ער רעדט! טאַקע אַ גרױיסער חכם!
זײַן אינגעל איז געװוען דער שעהנסטער אין אונזער חדר, און אָנגעטאָן איז ער אױך געװוען שעהן. ער האָט זיך געהאַלטען גרױיס. איך פֿלעג איהם איבער-קרימען און מאַכען פֿון איהם חוזק. און די אינגלאַך האָבען דאָס ליב געהאַט צו זעהן. ער איז אָבער ניט געװוען קײן שלעכטער אין נאַטור. אױף אַ געװויסע צײַט פֿלעגען מיר זײַן „חבֿרים", און זיך טײלען מיט די גוטע זאַכען װואָס מיר האָבען געבראַכט פֿון דער היים. דערנאָך פֿלעגען מיר זיך צוקריגען און איך פֿלעג „איבערמישען" (איבערקרימען) זײַן „גרױיסקייט בײַ זיך", דאַן פֿלעגען מיר זײַן ברוגז אַ פּאָר װואָכען.
אַ צװוייטער אינגעל, װועלכען איך געדענק פֿון דיזען חדר און פֿון דיזער צײַט, איז געװוען דער זוהן פֿון אַ אידען, װואָס האָט געהאַלטען אַ סקלאַד פֿון ברעטער, אַראָפּ זאַװואַלנע גאַס. פֿאַרבײַגעהענדיג יענעם הױף פֿלעגט מען זעהן װוי מען צוזעגט אַ לאַנגע קלאָץ אױף ברעטער. די קלאָץ ליגט אױף הױיכע אונטער-האַלטערס; אײן זעגער שטעהט אױפֿ'ן קלאָץ און אַ צװוייטער אונטער איהר; און אַזױ זעגען זײ איהר, פֿיהרענדיג די זעג פֿון אױבען אַראָפּ און פֿון אונטען אַרױף.
דיזען אינגעל געדענק איך, װוייל אין דער צײַט װוען מיר זײַנען געגאַנגען אין חדר צוזאַמען, איז געשטאָרבען זײַן מאַמע. עס איז 119געװוען אַ סענסאַציע. דער רבי, און הױיפּטזעכליך די רביצין, האָבען געפּאַדעט אַרום איהם, געזיפֿצט קוקענדיג אױף איהם. ער איז געװוען דער „העלד פֿון טאָג". איך גלױב אַז דאָס איז געװוען דער הױיפּט-פּונקט פֿון דעם אינטערעס װואָס מיר, אינגלאַך, האָבען געהאַט אין דער טראַגעדיע. דעם אומגליק גופֿא האָבען מיר ניט אָפּגעשאַצט. קײן רחמנות אױיף'ן יתום האָבען מיר ניט געפֿיהלט. אַדרבא, מיר האָבען איהם נאָך מקנא געװוען, פֿאַרװואָס מען מאַכט מיט איהם אַזאַ פּאַראַד; און אױב מיר האָבען איהם אַרױיסגעװויזען אױפֿמערקזאַמקײט, איז דאָס געװוען טאַקע װוייל ער איז געװוען דער „העלד פֿון טאָג". איך געדענק אַ נאַרישע פֿראַגע װואָס איך האָב איהם געפֿרעגט:
— װואָס טוסטו װוען דו קומסט אַהיים? דו װויינסט?
און ער האָט געענטפֿערט ערנסט:
— אַביסעל. דער טאַטע װויינט שױין ניט מעהר.
אַ דריטער אינגעל איז געװוען דער זוהן פֿון אַ רײַכען גלעזער. זײַן פֿאָטער פֿלעגט אָננעמען פּאָדריאדען אױף אַרײַנצושטעלען שױיבען אין קאַזיאָנע געביידעס, אין רײַכע פּריצישע װואױנונגען אָדער אין קירכען. ער פֿלעגט אונז דערצעהלען װועגען דעם. זײַן מוטער איז שױין לאַנג געװוען טױט. בײַ זײַן „מוהמ'ען", דאָס הײַסט בײַ זײַן שטיף-מוטער, האָט געפֿעהלט די אונטערשטע ליפּ (פֿון אַן אָפּעראַציע מסתּמא). זי פֿלעגט דאָס פֿאַרשטעלען מיט אַ שװוארצע פֿאַטשיילקע, װועלכע זי האָט געטראָגען אַרומגעבונדען אַרום געזיכט. איהר פּנים איז פֿון דער נאַטור געװוען זעהר אַ שעהנער, און זי איז געװוען פֿיל אינגער פֿאַר איהר מאַן. טראָץ איהר פֿעלער איז ער אין איהר געװוען שטאַרק פֿאַרליבט. זײַן אינגעל פֿלעגט דאָס אונז אַלץ דערצעהלען.
דעם גלעזער'ם אינגעל האָט געקענט אױף אױסװוייניג אַלע װוערטער פֿון אליקום צונזער'ם לידער, און מיר בײדע פֿלעגען זײ זינגען מיט גרױיס באַגײַסטערונג. הױיפּטזעכליך געדענק איך װוי מיר פֿלעגען זינגען זײַן „אײַזען-באַהן". עס זײַנען געװוען צװוױי נגונים דערצו, פֿלעגען מיר פֿריהער זינגען מיט אײנעם, דערנאָך מיט'ן צװוייטען.
אַ פֿערטער אינגעל, װועמען איך געדענק, איז געװוען אַ 120שװוארצער, אַ דאַרער, אַזױ װוי אַן אײַנגעטרוקענטער. מיר פֿלעגען איהם רופֿען „לאַכודרע".
מײַן ערשטער זמן בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער איז געװוען אַ זומער, און איך פֿלעג אָפֿט זעהן אײַזיק מאיר דיק'ען אױיפֿ'ן הױף. ער פֿלעגט אומשפּאַצירען, מיט פֿאַנגזאַמע טריט, אין מעשטעס (שטעק-שיך), מיט אַ פֿלאַכע היטעל אױיפֿ'ן קאָפּ, אימער מיט אַ לולקעלע אין מױל און אימער מיט אַ שמייכעל אױף די ליפּען. דער שמייכעל איז געװוען אַ איראָנישער, ניט קײן פֿריינדליכער.
מיר, קינדער, האָבען געװואוסט, אַז ער שרײַבט „ביכלעך". מיר האָבען געװואוסט, אַז צו זײַנע „ביכלעך" פֿאַרהאַלטען זיך אידען ניט מיט רעספּעקט, װוייל זײ זײַנען געשריבען אױף אידיש. מיר האָבען אָבער געװואוסט, אַז ער האָט אָנגעשריבען אַ העברעאישען ביכעל אױך און אַז טראָץ זײַנע „ביכלעך", װוערט ער באַטראַכט אַלס אַ װויכטיגע פּערזאָן.
זײַן פֿרױ איז געװוען אַ גרױיסע, פֿולע אידענע. זײ האָבען געהאַט אַ געשטודירטען זוהן, פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרײַסיג אָדער מעהר, איז ער געװוען עהנליך צו איהר, און דעם זוהן'ם זיהן זײַנען אױך געװוען עהנליך צו איהר. דער עלטסטער פֿון די אײַניקלעך איז געגאַנגען אין גימנאַזיע, און אין יענע צײַטען איז אַ אידישער גימנאַזיסט אין װילנא נאָך געװוען אַ זעלטענע ערשײַנונג. אַזױ װוייט אין הײַנט-װועלטיגקייט זײַנען נאָך די אידען פֿון אונזער שטאָדט ניט אַװועק. װוען אַ רײַכע פֿאַמיליע האָט אַראָפּגענומען די האַנט פֿון האַרצען און זיך באַשלאָסען צו געבען אַ אינגעל אַ „גױיאישקע" ערציהונג, פֿלעגט זי איהם שיקען אין ראַבינער שוהל, און פֿון דאָרטען פֿלעגט ער פֿאָהרען שטודירען אױף דאָקטאָר. דאָס איז שױין אױך געװוען טריף גענוג, און סענסאַציאָנעל גענוג. אָבער פֿאַר אײַזיק מאיר דיק'ם אַ זוהן — אַ הױיכער, אַ בלאָנדער, אַ שעהנער, אַ געגאָלטער, אַן עכטער גױ — איז קײן זאַך ניט געװוען טריף גענוג.
נאַטאַנזאָן, דער מאַן מיט דעם „גאָלדענעם גאָרגעל", האָט אױך אױסגעזעהן װוי אַן עכטער גוי. ניט קײן הױיכער, מיט ברייטע 121פֿלייצעס, מיט אַ גרױיסע קאָפּ געקרײַזעלטע דונקעל-ברױנע האָר, האָט ער אױיסגעזעהן װוי אַ פּיאַניסט. אַזױ װואָלט איך הײַנט געזאָגט. דאַן אָבער איז ער פֿאַר מיר געװוען אַ בילד פֿון אַ שטאָטישען פּױלישען פּריץ.
ער האָט גערעדט מיט אַ דיקען, האַלב-הײַזעריגען באַס, װועלכער האָט געשטימט מיט די מעשׂות װועגען זײַן גילדערנעם גאָרגעל. מעגליך, אַז ער האָט געליטען אױיפֿ'ן האַלז. ער האָט אָבער אױיסגעזעהן פֿאָלשטענדיג געזונט און שטאַרק.
זײַן פֿרױ איז געװוען אינגער פֿון איהם, און זי איז געװוען זעהר אַ שעהנע, אַ הױיכע, אַ שלאַנקע, און אַ אינטערעסאַנטע. אַז זי איז געגאַנגען מיט די אײַגענע האָר, איז איבעריג צו באַמערקען.
די אינגלאַך האָבען דערצעהלט אַז צװוישען זײ איז „געװוען אַ ליבע" פֿאַר דער חתונה. דאָס הײַסט אָבער ניט גאָר װוייס-װואָס. עס הײַסט נאָר, אַז װועגען אידען פֿלעגט מען דאָס װואָרט „ליבע" אָדער „ליבען" ניט געברױיכען; אַז אַזאַ אױיסדרוק איז געגאַנגען נאָר אױף פּריצים. װוען אַ אידישער חתן האָט ליב געהאַט זײַן כּלה, פֿלעגט מען זאָגען אַז „ער װויל איהר", „זי געפֿעלט איהם שטאַרק", „ער חלש'ט פֿאַר איהר". ליבען האָבען געליבט גױים, און הױיפּטזעכליך פּריצים.
אײַזיק מאיר דיק'ם פֿרױ איז געװוען אַ מלוה'טע. זי האָט געגעבען געלט אױף פּראָצענט. מיר דאַכט אָבער, אַז די געלט איז געװוען דעם זוהן'ם. איך אַלײן פֿלעג אַ געװויסע צײַט צו זײ קומען מיט װואָך. מײַן פֿאָטער האָט בײַ זײ געליהען אַ געװויסע סומע.
אױף דעם זעלבען הױף האָב איך אַ פּאָר מאָל געזעהן דעם באַריהמטען װויצלינג מאַטקע כאַבאַד. ער איז געװוען אַ איד פֿון די מיטעלע יאָהרען, אַ העכער װוי פֿון מיטעלען װואוקס, מיט אַ גלײַכער פֿיגור, ער האָט געהאַט אַ קורצע בערדעל און אַרױיסשטעקעדיגע, גרױיסע אױגען. ער האָט אימער געטראָגען אַ לאַנגען, ברױינעם ראָק, מיט צװוױי קנעפּ פֿון הינטען און אין האַנט פֿלעגט ער טראָגען אַ דיקען שטעקען.
אין ישעיה באַלטערמאַנצער'ם חדר האָב איך װועגען איהם גע122הערט אַן אַנעקדאָט: ער האָט פֿון זײַנעם אַ רבי'ן אַמאָל געמאַכט שפּאַס מיט אַן אונאַנשטענדיגען װויץ, האָט דער רבי איהם פֿאַרשאָלטען, אַז ער זאָל מוזען ציהען זײַן חיונה אַלס „חבד" („חכמת, בינה, דעת"), דאָס הײַסט, אַלס װויצלינג.
אײנמאָל, װוען איך בין געגאַנגען פֿון חדר אַהיים, איבער קלײן-סטעפֿאַן גאַס, איז מיר אױיסגעקומען צו געהן הינטער איהם; האָב איך איהם איבערגעיאָגט און אױיסגעשריען: „מאַטקע כאַבאַד!"
ער האָט זיך נאָך מיר אַביסעל נאָכגעיאַגט מיט זײַן שטעקען, — אפֿשר נאָר אױף שפּאַס. איך בין אָבער געלאָפֿען שנעלער פֿון איהם.
פֿאַרבײַגעהענדיג װועל איך שױין אױך דערצעהלען װועגען דעם צװוייטען באַריהמטען װוילנער װויצלינג פֿון יענער צײַט — װועגען שײַקע פֿײַפֿער. איהם האָב איך אױך געזעהן עטליכע מאָל. איך האָב זאָגאַר געהאַט די זכיה פֿון איהם צו קריגען אַ קניפּ. ער איז געװוען עלטער פֿון מאָטקע'ן און שױין כּמעט אַ בלינדער. אײן מאָל בין איך געזעסען לעבען איהם אין זאַװועל'ם שול, אין אונזער געגענט. מען האָט געװוארט אױף אַ מגיד, װועלכער האָט פֿאַרשפּעטיגט, און ער האָט געזאָגט עפּעס אַ װויץ װועגען דעם. אין װואָס דער װויץ איז באַשטאַנען געדענק איך שױין נישט. איך געדענק נאָר, אַז ער האָט עטליכע מאָל געזאָגט: „ער װועט שױין קומען", און אַז די אַרומיגע מענשען האָבען דערפֿון שטאַרק געלאַכט. מסתּמא איז דאָס געװוען פֿאַרבונדען מיט אַ װואָרט-שפּיל. פֿון דער אַנדערער זײַט איז לעבען איהם געזעסען אַן אַנדער אינגעל. האָט ער אונז בײדען געגעבען אַ קניפּ צו דער זעלבער צײַט, און דערבײַ האָט ער אױך געזאָגט עפּעס אַ װויץ. אײנער פֿון די דערבײַאיגע אידען האָט צו אונז באַמערקט, אַז פֿון דעם קניפּ טאָרען מיר ניט װויינען, װוייל אַז ר' שײַע טוט עפּעס, דאַרף מען לאַכען, ניט װויינען.
אין יענער צײַט איז ער נאָך געװוען אַ משורר אין דער גרױיסער שוהל און איך געדענק גאַנץ גוט װוי ער פֿלעגט „פֿײַפֿען", דאָס הײַסט: זינגען אױף זײַן באַרימטער פֿאַלצעט שטימע.
123װוען איך האָב בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער אָפּגעלערענט דרײַ זמנים, איז בײַ מײַן פֿאָטער געבליבען אַ פּלאַן, אַז ער װועט מיר אַװועקגעבען אין ראַבינער-שול. פֿאַר אַזא אידען װואָלט דאָס געװוען אַ שטױנענדער שריט. מיר װוייסען שױין אַביסעל פֿון דער ראַבינער-שול, װאו מען האָט אַלץ געלערענט אױף רוסיש, און מען איז געזעסען אָהן היטלען, — װאו די לעהרער און די שילער האָבען געגאָלט די בערד, געשריבען אום שבת און גערױיכערט פּאַפּיראָסען אום שבת. שיקען אַ אינגעל אין ראַבינער-שול האָט געהייסען: „מאַכען איהם פֿאַר אַ גוי".
װוער איז געגאַנגען אין דער ראַבינער-שול? כ'האָב שױין געזאָגט, אַז רײַכע, „הײַנטיגע" פֿאַמיליען פֿלעגען זייערע קינדער אַהין שיקען. עס זײַנען אױך געװוען אָרימע משפּחות, ניט קײן פֿרומע, „אױיסגעלאַסענע", װואָס זייערע זיהן זײַנען געװוען „ראַבינטשיקעס". װוייטער זײַנען מעהרסטע פֿון די שילער געװוען געװועזענע ישיבֿה-בחורים פֿון אַנדערע שטעדט, זײ האָבען אין װילנא ניט געהאַט פֿאַר װועמען מורא צו האָבען. אָפֿט פֿלעגט טרעפֿען, אַז אַ מיטעלער באַלעבאָס פֿלעגט אַרײַננעהמען אַזאַ „ראַבינטשיק" צו זיך אין שטוב און איהם אױיסהאָדעװוען פֿאַר אַן איידים; אָדער אַז אַ אידישע מיידעל, אַ נייטערקע, האָט אױפֿגעהאַלטען אַ חתן אין ראַבינער-שול. מײַן פּריװואַטער לעהרער איז געװוען אַזאַ חתן. זײַן כּלה איז געװוען אַ נייטערקע. זי האָט געװואױנט מיט איהר מוטער, און ער האָט געװואױנט און געגעסען בײַ זײ. דאָס איז געװוען זײַן נדן.
אַ געװויסע צאָהל פֿון די שילער זײַנען געװוען אױף „קאַזיאָנע", דאָס הײַסט, אַז אין דער ראַבינער-שול האָט מען זײ געגעבען עסען און טרינקען און אױך שוך-און-קליידונג — אַ קאָסטיום פֿון שװוארצע געװואַנט מיט אַ שװוארצע, ברייטע היטעל. די מאַיאָריטעט אָבער האָט געװואױנט און געגעסען פּריװואַט.
די ראַבינער-שול איז באַשטאַנען פֿון צעהן קלאַסען. אין די ערשטע אַכט האָט מען אױיסגעשטודירט אױף לעהרער אין „קאַ124זיאָנע" שולען פֿאַר אידישע קינדער. װוער עס איז דורכגעגאַנגען אַלע צעהן קלאַסען, האָט געהאַט דאָס רעכט צו װוערען אַ „קאַזיאָנער רבֿ". אין די לעצטע צװוױי קלאַסען האָט מען געלערענט גמרא אין רוסישע איבערזעצונגען. אידישע געגענשטאַנדען האָט מען אױך געלערענט אין אַלע אַכט קלאַסען. דאָס האָט אָבער נאָר פֿאַרנומען אַ טייל פֿון דער צײַט. װוייטער האָט דער שילער באַקומען אַן אַלגעמײַנע בילדונג אױף רוסיש, מיט דעם זעלבען קורס װוי אין אַ רוסישער גימנאַזיע, אױיסער לאַטיין און גריכיש.
דער װואָס האָט געהאַט אַ דיפּלאָם פֿון אַכט קלאַסען ראַבינער-שול האָט געקענט אַרײַנקומען אין יעדען אוניװוערזיטעט אין רוסלאַנד. און אַ געװויסע צאָהל פֿון די שילער האָבען נאַכהער שטודירט מעדיצין. אָט דאָס האָבען געהאַט אין זינען די רײַכערע פֿאַמיליעס, װואָס האָבען אַהין געשיקט זייערע זיהן.
בלױיז די לעהרער פֿון אידישע געגענשטאַנדען זײַנען געװוען אידען. די איבעריגע זײַנען געװוען קריסטען. צװוישען די אידישע זײַנען געװוען עטליכע װואָס זײַנען באַרימט אין דער געשיכטע פֿון דער השכלה און אין דער העברעאישער ליטעראַטור, װוי צום בײַשפּיל, דער אױיבענדערמאַנטער שמואל יאָסעל פֿין און יהושע שטיינבערג.
די ראַבינער-שול האָט פֿאַרנומען אַן אײַן-עטאַזשיגע הױיז, אױיפֿ'ן ראָג פֿון טראָקער און זאַװואַלנער גאַס, דאָרטען װאו עס פֿאַנגט זיך אָן פּאָהוליאַנקאַ.
אידישע יונגעלײַט מיט ביכלעך אונטער די אָרעמס, אין קורצע רעק, אײַניגע אין היטלען, אַנדערע אָהן היטלען, האָבען דאָרטען אַרומגעהאַװעט װוי ביהנען אַרום אַ ביהנשטאָק. װוען איך פֿלעג דאָרט אַמאָל פֿאַרבײַגעהן, פֿלעגט דער פּלאַץ מיר ציהען, װוי אַ טריפֿה זאַך, װואָס האָט אַ קליפּה אין זיך.
פֿילע פֿון די שילער זײַנען געװוען אָפֿגעריסען און מען האָט געקענט זעהן אױף זייערע פּנים'ער אַז זײ האָבען ניט גענוג צו עסען. אין שטאָדט פֿלעגט מען זײ רופֿען „אָקרײַציקעס", דאָס הײַסט, אַז זײ פֿרעהען זיך װוען זײ כאַפּען ערגעץ װאו אַ שטיקעל „סקאָרינקע" צום עסען. און דאָך האָט מיך געצױיגען אַהין.
125דאָס װואָס איך האָב געלערענט בײַ מײַן רוסישען פּריװואַט-לעהרער האָט דער דאָזיגער קליפֿה צוגעגעבען קראַפֿט.
מײַן פֿאָטער האָט געזאָגט אַז ער װועט מיר לאָזען געהן אין ראַבינער-שול, און איך בין געװוען אױיפֿ'ן זיבעטען הימעל. װוי קומט ער אַבער צו אַזא געדאַנק? װואָס װועט דער פֿעטער עזריאל זאָגען? װואָס װועט זאָגען עליעטשקע? װואָס װועלען זאָגען די פֿרומע אידען, פֿון סטראַשונער'ם קלױיזעל װואו ער האָט גערדאַװוענט?
דער לעזער װוייס שױן װוענען דעם צוזאַמענשטױס װואָס איז פֿאָרגעקומ'ען אין מײַן פֿאָטער'ם גײַסט. זײַנע „הײַנטיגע" אַמביציעס װועגען מיר זײַנען אין איהם געװואַקסען, ביז ער האָט זיך באַשלאָסען צו טאָן דעם איבעראַשענדען שריט.
ס'האָט געקאָכט, גאַנצע טעג האָט ער געפֿיהרט דעבאַטען, ער האָט אַלעמ'ען פֿאַרזיכערט, אַז זײַן „אַלטער" װועט בלײַבען אַן עהרליכער איד, „אַט װועט איהר זעהן!" און פֿון די דעבאַטען גופֿא איז ער באַגײַסטערט געװוארען.
דאָס איז געװוען אין ענדע זומער, בײַ דעם אָנהױב פֿון דעם נײַעם לעהר-יאָהר. איך בין שױן געװוען צוגעפֿערטיגט אָנצוקומ'ען אין ערשטען קלאַס. און אױף מאָרגען האָט מיר דער לעהרער באַדאַרפֿט פֿיהרען אין יענעם הױיף, אױיפֿ'ן ראָג פֿון טראָקער און זאַװואַלנער גאַס, צו װועלכען עס האָט מיך אַזױ געצױגען.
פֿלוצלונג האָט מײַן פֿאָטער פֿאַרלאָרען זײַן מוט. אַ געװויסער אײַנפֿלוס האָט גענומ'ען שטאַרק װוירקען אױף איהם. דאַכט זיך, אַז אַ באַלעבאַס, אַ למדן, װועלכער פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומ'ען צו אונז אין שענק, האָט דאָ געשפּילט די װויכטיגסטע ראָלע.
אַ באַדײַטונג האָט מסתּמא אױיך געהאַט דער פֿאַקט, אַז עס איז געװוען אלול. און אױיב איך האָב דאָ קײן טעות ניט, האָט ער דאַן גראָד געהערט אַ באַריהמטען מגיד. איך געדענק, הגם ניט דײַטליך, אַז ער איז געקומ'ען פֿון דער דרשה אַ צובראָכענער.
מײַן פֿאָטער האָט ערקלעהרט, אַז ער װועט פֿריהער זיך געהן זעהן „מיט'ן שװוער" — מיט מײַן מוטער'ם פֿאָטער, הייסט עס. געװוענהליך האָט מײַן זיידע'ם מיינונג בײַ איהם קײן ראָלע ניט געשפּילט. דאָ איז אַבער געװוען אַ ספּעציעלע לאַגע. װוי איך האָב שפּעטער פֿאַרשטאַנען, האָט ער געװואָלט אַז מײַן זיידע זאָל 126מיט איהם טיילען די פֿאַראַנטװוארטליכקייט פֿאַר דעם גרױיסען שריט.
דער זיידע האָט געזאָגט „נײַן", און איך בין געבליבען לערנען בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער.
אַרום יענער צײַט, אומגעפֿעהר, איז װוילנא אױיפֿגערודערט געװוארען פֿון אַ טראַגעדיע, װועלכע האָט געטראָפֿען אין אַ קרעטשמע אַ פֿאָר מײַל פֿון שטאָדט. אַ גאַנצע פֿאַמיליע, אַ אידישע, איז אױיסגע'הרג'עט געװוארען דורך קריסטען — אַ פֿינף-פֿאַכער אָדער זעקס-פֿאַכער מאָרד מיט דעם צװועק זיך צו באַרױיבען. די גזלנים האָט מען גלײַך געכאַפּט און מען האָט געװואוסט אַלע שױידערליכע אײַנצעהלהייטען פֿון דער בלוטיגער סצענע. איך געדענק, צום בײַשפּיל, װוי מען האָט דערצעהלט אַז אײַנער פֿון די באַנדיטען האָט אַנגענומ'ען אַ װויינענדיגען קינד פֿאַר די פֿיסלאַך און איהר אַזאַ שלײַדער געטאָן מיט'ן קעפֿעלע אָן אױיװוען, אַז דער מאַרך איז אַרױסגעזעצט געװוארען.
די הרוגים האָט מען געבראַכט צו קבֿורה אױיפֿ'ן װוילנער בית-עולם, און מען קען זיך פֿאָרשטעלען װואָס יענעם טאָג האָט זיך אָפּגעטאָן. מען האָט געזאָגט אַז עס איז ניטאָ קײן טרוקענע פֿאָר אױיגען אין שטאָדט. און דאָס איז ניט געװוען שטאַרק איבערטריבען.
צו דעם שױידער און רחמנות איז צוגעקומ'ען אַ געפֿיהל פֿון אַן אַנדער סאָרט: דער אומגליקליכער קרעטשמער האָט געהאַט אַ שונא, אַ קאָנקורענט, און מען האָט חושד געװוען, אַז יענער האָט דאָס אױיף איהם אַנגערייצט די מערדער. דער באַשולדינטער האָט געלייקענט. אלזאָ האָבען אידען געפֿאָדערט אַז ער זאָל שװוערען זײַן אונשולד פֿאַר די טױיטע, אין טהרה-שטיבעל, װאו די מתים זײַנען געלעגען אײַדער מען האָט זײ מקבר געװוען.
איך בין געשטאַנען לעבען דעם טױער פֿון בית עולם בשעת מען האָט איהם אַהין געבראַכט (אינװוייניג אַרײַנגעהן האָב איך, צו מײַן גרױיסען באַדױיערען, ניט געטאָרט, װוייל איך בין אַ כהן). דער עולם איז געװוען זייער גרױיס, און כּהנים זײַנען אױיך געװוען אַ היבשע צאָהל; זײַנען מיר אַלע געשטאַנען פֿון דרױיסען און געקוקט.
127דעם אידען, און װועלכען מען האָט חושד געװוען, האָט מען געפֿיהרט װוי אַ פֿאַרברעכער — ניט געפֿיהרט, נאָר געשלעפּט.
אפֿשר האָט ער װועמען עס איז פֿון די קריסטליכע שכנים געזאָגט אַז יענער קרעטשמער האָט געלט און דערפֿון איז דאָס אַרױסגעקומ'ען דער פֿינף אָדער זעקס-פֿאַכער מאָרד. און אפֿשר איז ער אױיף אַזױ פֿיל אױיך ניט געװוען שולדיג. אַז ער האָט די מערדער פּשוט „אַנגערייצט" אױיף זײַן שונא, איז יעדענפֿאַלס ניט װואַהרשיינליך.
צו דער ראַבינער שוהל האָט מען מיר צוגעפֿערטיגט אין 1871. אין זומער פֿון דעם זעלבען יאָהר האָט אין װוילנא און אין די אַרומיגע געגענדען אױיסגעבראָכען אַ כאָלעריע מגפֿה — אײַנע פֿון די נאַכװועהענישען פֿון דער מלחמה צװוישען פֿראַנקרײַך און פּרײַסען.
די מלחמה גופֿא, װוי װוייט זי האָט זיך אָפּגעשפּיגעלט אין די געשפּרעכען װואָס איך האָב געהערט אַרום זיך, געדענק איך גאַנץ גוט. אױך עראינער איך זיך אָן אײַניגע סצענעס, װואָס זײַנען געװוען פֿאַרבונדען מיט אַזעלכע געשפּרעכען. צום בײַשפּיל, אונזערער אַ שכן איז געװוען אַזױ באַגײַסטערט פֿאַר'ן „פֿראַנצויז", אַז ער האָט אַמאָל גענומ'ען צװוױי גלעזער, זײ צוזאַמ'ענגעשטױיסען, און אױיף דער װואָס איז געבליבען גאַנץ, האָט ער געזאָגט: „דאָס איז דער פֿראַנצויז!"
װוענען דער מלחמה האָט מען גערעדט אומעטום, הױיפּטזעכליך אין די שוהלען, פֿאַר'ן דאַװונען און נאָכ'ן דאַװונען. מײַן טאַטע פֿלעגט ליינ'ען די מלחמה-באַריכטען אין די העברעאישע צײַטונגען װאו די „נײַעס" איז געװוען, װוייניגסטענס, אַ מאָנאַט אַלט.
פֿון דער פּאַריזער קאָמונע און איהר בלוטיגען סוף האָב איך דאַן ניט געהערט, און עס איז זעהר מעגליך, אַז מײַן טאַטע האָט אױיך װוענען איהר ניט געהאַט קײן באַגריף.
די כאָלעריע איז געװוען די שרעקליכסטע ערשײַנונג, װועלכע איך האָב דורכגעלעבט אין מײַנע קינדער-יאָהרען. פֿילע פֿון אונזע128רע באַקאַנטע זײַנען אין איהר אומגעקומ'ען. יעדען פֿריטאָג פֿאַרנאַכט האָבען מײַנע עלטערען זיך געזעגענט מיט אַלע קונדען פֿון אונזער שענק, װוינשענדיג אײַנער די אַנדערע, אַז מען זאָל זונטאָג דערלעבען זיך צו זעהן געזונטערהייד. און יעדען זונטאָג האָט אימעצער געפֿעהלט.
צוװוישען די קרבנות איז געװוען ישעיה'ם אַ טאָכטער, אַ מײַדעלע פֿון אַ יאָהר צעהן. זי איז קראַנק געװוארען און מען האָט איהר גענומ'ען אין הקדש. איך האָב איהר געזעהן דורכ'ן פֿענסטער ליגענדיג אין איהר בעטעל, װואו אין אַ פֿאַר שטונדען אַרום איז זי געשטאַרבען. דאָס האָט אױיף מיר געמאַכט אַ טיפֿען אײַנדרוק.
כ'האָב געזעהן װוי מענשען געהען אַרום געזונטע און פֿרישע, און װוי פֿלוצלונג באַפֿאַלט זײ די קראַנקהייט, פֿון װועלכער עס איז דאָס רוב ניט געװוען קײן רעטונג. זײ װוערען בלאַס, עס װוערט זײ ניט גוט, מען נעהמט זײ צו — און אין פֿילע פֿאַלען הערט מען דערנאָך אַז זײ זײַנען געשטאָרבען.
אַ טױיט-שרעק האָט אין שטאָדט געהערשט. אױף יעדען פּנים איז עס געלעגען.
אין פֿאַרשידענע קװואַרטאַלען האָט מען אָרגאַניזירט „קאָמיטעטען". אױף אַ הױף האָט מען אַװעקגעשטעלט טישען מיט סאַמאָװוארען. מען האָט געגעבען טײ און געװויסע טראָפֿענס יעדען װואָס האָט נאָר פֿאַרלאַנגט. אַלע װוײַלע פֿלעגט מען פֿון גאַס אַרײַנברענגען אַ קרבן װואָס האָט אַלײן שױין ניט געקענט געהן. אײַן קאַמיטעט אַזעלכער האָט זײַן הילפֿס-פֿונקט געהאַט אױף כאַמינסקי'ם הױף, װאו מײַן זיידע האָט געװואוינ'ט. פֿילע זײַנען קראַנק געװוארען אײַנפֿאך פֿון שרעק, און אַזעלכע האָט מען לײַכט געבראַכט צו זיך. דער פּראָצענט פֿון טױיטע איז אַבער געװוען גרױיס.
יעדער האָט געטראָגען אין קעשענע אַ פֿלעשעלע „טראָפֿענס" מיט אַ שטיקעל צוקער. אַז מען פֿלעגט אָנהויבען פֿיהלען ניט גוט, פֿלעגט מען אַרױיפֿגיסען אַ פֿאַר טראָפֿענס אױיף די צוקער און דאָס אַרײַננעמ'ען אין מױל. שרײַבענדיג דיזע װוערטער פֿיהל איך דעם ריח פֿון די טראָפֿענס. װאו מען איז געשטאַנען און געגאַנגען האָט מען איהם דאַן געפֿיהלט.
129ישעיה באַלטערמאַנצער האָט זיך אַריבערגעקליבען אױיף אַ נײַער דירה — אױיף יודע מאַנקעס'ם זאַװואוליק, אין אײַנעם פֿון די צװוױי הױיפֿען פֿון דעם באַריהמטען ראָם'ם דרוק. די גרױיסע אידישע דרוקערײַ און די פֿאַרװואַלטונג איז געװוען אױיפֿ'ן צװוייטען הױיף. דאַ האָט זיך געפֿונען נאָר די רוסישע אָפּטיילונג. און זי האָט געשפּילט אַ גאַנץ קלײַנע ראָלע, װוארים קײן אױיפֿלעגער פֿון רוסישע װוערק זײַנען די ראָם'ם ניט געװוען. זײ האָבען באַדאַרפֿט רוסישע שריפֿט נאָר צו אַזעלכע ספֿרים, װוי אַ סדור מיט אַ רוסישער איבערזעצונג, אָדער צו אַ רוסיש-אידישען װוערטערביכעל; און אַזעלכע אױיסגאַבען זײַנען געװוען אַ קלײַנע און זײַטיגע טייל פֿון זייער געשעפֿט.
די רוסישע דרוקערײַ איז געװוען אױף דעם אױיבערשטען עטאַזש פֿון אַן אײַנ-עטאַזשישען מױיער'ל, און אונטער איהר איז געװוען אונזער חדר. אױיף דעם זעלבען הױיף האָט זיך געפֿונען נאָך אַ מױיער, און ער איז אין גאַנצען געװוען פֿאַרנומ'ען מיט פֿריװואַטע װואױנונגען.
אַנטקעגען דער רוסישער דרוקערײַ און אונזער חדר האָט זיך געצױגען אַ לאַנגע װואַנט, װועלכע האָט געהערט צו דעם נעקסטען הױיף, און אין װועלכער עס זײַנען געװוען צװוױי, אפֿשר דרײַ, פֿענסטער פֿון דעם אידישען דרוק. דאָרטען איז געשטאַנען אײַנער פֿון די פּרעסען, און איך פֿלעג אָפֿט שטעהן קוקען דורך די פֿענסטער אױיף די מאַשינען װוי מען אַרבייט. װוענען עלעקטרישע קראַפֿט צו אַזעלכע מאַשינען האָט זיך נאָך דאַן ניט געחלום'ט. אפֿילו קײן דאַמף איז בײַ די ראָם'ם ניט געװוען. די גרױיסע ראָד האָבען געדרעהט צװוױי אַרבייטער.
אַ צװוייטער פֿענסטער איז צו אונז אַרױיסגעקומ'ען פֿון דער 130סטעראָטיפּ-אָפּטיילונג. דאָרטען פֿלעג איך קוקען אױיף אַ אידען, װואָס איז געזעסען מיט אַ בערגעלע „פּאַפּ" אױף דער לינקער זײַט פֿון זײַן לינקער האַנט און געקלעפּט שטיקלעך פּאַפֿיר אױיף דער לינקער זײַט פֿון מאַטריצען.
די טיר צו דעם רוסישען דרוק האָט זיך געעפֿענט אױף אַ גאַניקעל, צו װועלכען עס האָט געפֿיהרט אַ משופּע'דיגער טרעפּ. ניט אימער האָט מען דאָרטען געאַרבייט. אָפֿט איז די טיר געװוען פֿאַרשלאָסען, און דאַן פֿלעגען מיר ליב האָבען אַרױיפֿצוגעהן אױיפֿ'ן גאַניקעל, דאָרטען זיצען און דערצעהלען זיך מעשׂות. איך און „יאַנקעלקע" פֿלעגען דאָס טאָן גאַנץ אָפֿט.
עס זײַנען געװוען מאָנאַטען, װוען איך פֿלעג צו איהם קומ'ען יעדען שבת נאָכ'ן עסען, װוען דער רבי האָט געשלאָפֿען. מיר פֿלעגען אַרױיפֿגעהן אױיפֿ'ן גאַניקעל און לייענען מעשׂות. דאָרטען האָט מען מיר איבערגעלעזען די „מעשׂה ב' אחים". פֿון אַ שעהנער מעשׂה פֿלעג איך אַרױיסגעהן פֿון די כלים, און איהר איבערדערצעהלען פֿאַר יעדען װואָס האָט נאָר געװואָלט הערען.
דעם טיפֿסטען אײַנדרוק האָט אױף מיר געמאַכט אַ לאַנגע מעשׂה, װואָס אונז האָט דערצעהלט אַ אינגעל פֿון אַן אַנדער חדר. די טייל, מיט װועלכער זי האָט מיר ספּעציעל באַצויבערט, איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
מען זוכט אַן אוצר. מען גראַבט און מען גראַבט. פֿלוצלונג דערהערט מען פֿון אונטער דער ערד אַ מענשליכע שטימע. אימעצער זינגט. און דער געזאַנג איז פֿון אַ שלאָפֿענדע קינד. װואָס װוייטער מען גראַבט, אַלץ העכער קלינגט די שטימע — העכער און שעהנער. דער גרעבער װוערט פֿאַר'כּשופֿט. עס ליגט איהם שױין ניט אין זינען דער אוצר; ער װויל אױיפֿגראָבען דאָס קינד. ער גראַבט װוייטער, ער קומט אַבער ניט צו קײן סוף. דער ניגון קלינגט אַלץ שעהנער, אַבער אַלץ װוייטער.
דאָס איז אַלץ װואָס איך געדענק פֿון דער מעשׂה. איצט, װוען איך דערמאָן זיך אָן איהר, איז זי מיר זעהר אינטערעסאַנט. פֿון װואַנען האָט דער אינגעל איהר גענומ'ען? שטאַמט זי פֿון אַ ביכעל?
131אױיף דעם זעלביגען גאַניקעל פֿלעגען מיר אַמאָל געפֿינען עטליכע בוכשטאַבען פֿון רוסישע שריפֿט. אײַנמאָל, דורך אַ שפּאַלט (איך געדענק ניט װוי אַזױ), זײַנען מיר צוגעקומ'ען צו אַ קעסטעל פֿון צושאָטענ'ע בלײַיענע אותיות. מיר האָבען אַרױיסגע'גנבֿ'עט גאַנצע הױיפֿענס „דרוקערלעך". און מיר האָבען מיט דעם געהאַנדעלט אין חדר. ענדליך האָט דער רבי דערזעהן, און ער האָט אונז אַנגעשטראַשעט, אַז מען װועט אונז אַרעסטירען — ניט פֿאַר'ן גנבֿ'ענען, נאָר װוייל מען טאָר ניט האַלטען קײן „דרוקערלעך". פֿאַרװואָס, האָט ער אונז ניט ערקלעהרט. עס האָט געדױיערט אַ דרײַ-פֿיר יאָהר אײַדער איך האָב פֿאַרשטאַנען װואָס פֿאַר אַ שטרענגע קאָנטראָל די רעגירונג האָט איבער בלײַיענע אותיות, און אַז דאָס האָט אַ שײַכות צו דער פֿראַגע פֿון פֿרײַע פּרעסע.
פֿון די אינגעלעך װואָס האָבען מיט מיר צוזאַמ'ען געלערענט אין חדר אין דיזער צײַט, געדענק איך „דעם גרױיסען משה'קע" און „דעם קלײַנעם משה'קע". דעם גרױיסען געדענק איך הױיפּטזעכליך, װוייל ער האָט גערעדט מיט „ימין ושמאל". ער האָט געזאָגט „שבת", און ניט „סאבעס", און דאָס איז אַ גאַנץ אונגעװוענהליכ'ע זאַך אין װוילנא. ער איז געװוען אַ װוילנער אַ געבאָרענער. פֿון װואַנען ער האָט גענומ'ען דעם דאָזיגען „שין", װוייס איך ניט. אפֿשר איז זײַן מוטער געװוען פֿון אַן אַנדער געגענד. װוען איך פֿלעג אין כעס װוערען אױף איהם, פֿלעגען מיר זײַנע „אַריסטאָקראַטישע" „שין'ען" זײַן עקעלהאַפֿט.
דער קלײַנער משה'קע האָט געהאַט אַ פֿײַנע דיסקאַנט שטימעלע און ער איז געװוען אַ משורר'ל בײַ דעם באַריהמטען חזן פֿײַנזינגער'ן.
פֿײַנזינגער פֿלעגט אין דער גרױיסער שוהל אָפּט דאַװונען אױיף בילעטען. דאַן פֿלעגט זײַן אַזאַ סציסק פֿון דרױיסען, אַז מען האָט געמוזט נעהמ'ען אַ פֿאַר קאָזאַקען אױיף צו באַװואַכען דעם אַרײַנגאַנג. צװוױי קאָזאַקען אױיף פֿערד אין שול-הױיף! דאָס האָט געמאַכט אַ זאָנדערבאַרען אײַנדרוק. עס האָט אָבער פֿאַרגרעסערט די באַדײַטונג פֿון פֿײַנזינגער'ן און פֿון זײַן כאָר אין 132די אױיגען פֿון די שטאַדט-לײַט. און משה'קע „דער קלײַנער" איז געװוען אַ זינגעריל אין דעם דאָזיגען כאָר! מיר, די אַנדערע אינגעלאך פֿון ישעיה'ם חדר, זײַנען פּראָסט געװוען שטאָלץ מיט דעם, װואָס ער איז אונזער'ער אַ חבֿר. ער אַלײן האָט זיך אָבער גרױיס ניט געהאַלטען. ער איז געװוען אַ גוטער, אַ שטילער, סימפֿאַטישער אינגעלע. מיר האָבען איהם ליב געהאַט.
גאַנץ שטאָדט האָט איהם געקענט. מען האָט זיך אינטערעסירט מיט פֿײַנזינגער'ם יעדען משורר, אַזױ װוי אָפּעראַ-באַזוכער אינטערעסירען זיך מיט יעדען אָפּעראַ-זינגער.
אַ דריטען אינגעל געדענק איך, װוייל ער איז געװוען דער פֿעטסטער פֿון אַלע. זײַן פֿאָטער איז געװוען אַ בערשטעל-מאַכער. װוי דאָס רוב פֿעטע מענשען, איז ער שטענדיג געװוען גוטמוטיג און פֿלעגט אָפֿט שמייכלען. מיר פֿלעגען איהם רופֿען „דער גראַבער" און ער אַלײן פֿלעגט זיך אױך אַזױ רופֿען.
עס איז געװוען נאָך אַ גוט-אָפּגעקאָרמעטער אינגעל, אָבער אַ קלענערער אין װואוקס, װוי „דער גראָבער". איטשקע האָט מען אים גערופֿען. ער איז געװוען אַ פֿרוכט-הענדלער'ם אַ זוהן. ער איז אױך געװוען אַ לוסטיגער און אַ גרױיסער לאַכער. צום לערנען האָט ער קײן חשק ניט געהאַט.
אײַנמאָל, אין אַן אָװוענט איז ער געזעסען און „איבערגע'חזר'ט" די תּנ"ך. ער האָט געזאָגט דעם װוארט „תּהפּוכות" (איבערקעהרעניש) מיט דער אידישער פֿאַרטײַטשונג, געזאַנגט װוידער און װוידער אױיף אַ מעכאַנישען שטיגער, און זיך אָפֿט פֿאַרקוקט און פֿאַרטראַכט דערבײַ. די מױיל האָט שױין אַלײן אױיסגערעדט די װוערטער:
„תּהפּוכות — איבערקערעניש... תּהפּוכות — איבערקערעניש..."
„דער גראָבער" האָט זיך באַנוצט מיט אײַנעם פֿון דיזע מאָמענטען און איבערגעמישט עטליכע בלעטער אין איטשקע'ם תּנ"ך. איטשקע האָט דאָס ניט באַמערקט און ער האָט אַלץ געזאָגט:
„תּהפּוכות — איבערקערעניש... תּהפּוכות — איבערקערעניש..."
133„דער גראַבער" האָט אַנגעװוויזען דעם רבי'ן אױיף דעם, און דער רבי האָט דעם שולדינ'ען געהייסען זיך לייגען אױיפֿ'ן בענקעל און איהם אָפּגעשמיסען.
— דרײַ מאָל איבערגעקערט! — האָב איך אױיסגעשריען! תּהפּוכות איבערגעקערט, די בלעטער איבערגעקערט און איטשקע'ן אַלײן אױך איבערגעקערט!
— זעה, מען זאָל דיר אױך ניט איבערקערען, — האָט דער רבי מיר געסטראַשעט.
פֿונדערסטװוועגען האָט מײַן ישעיה איבערדערצעהלהט מײַן טאַטען, און מײַן טאַטע האָט זיך מיט דעם באַריהמט פֿאַר די שכנים.
דאָס איז געװוען מײַן לעצטער חדר, און איך געדענק כּמעט אַלע אײַנגלאך, װואָס האָבען דאָרטען געלערענט מיט מיר צוזאַמ'ען די לעצטע פֿאַר זמנים. אין סך-הכּל האָב איך בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער פֿאַרבראַכט זעקס זמנים.
ער האָט געקענט קריצען חתימה'לעך („יאַנקעלע'ם'ע" האָט די „קונסט" פֿון איהם גע'יר'שענ'ט), און אַז אַ תּלמיד פֿלעגט איהם קױיפֿען אַ פּעקעל טאַבאַק צום רוייכערען, פֿלעגט ער צו איהם מאַכען אַ חתימה'לע דערפֿאַר. לערנענדיג, פֿלעגט ער אָפֿט אױיסגראַבען בוכשטאַבען אין אַ שטיקעל שטיין (מײַסטענס רשי-כּתב) און אָפֿט פֿלעגט ער דערבײַ האַלטען אין מױל דעם לאַנגען טשיבוק פֿון זײַן ליולקעל. זײַנע קורצזיכטיגע אױיגען פֿלעגען ליגען כּמעט אױיפֿ'ן שטיין, װואָס ער האָט געהאַלטען אין האַנט; דער רויך פֿלעגט געהן דורך דער לאַנגער געדיכטער באָרד, און זײַן „קנעלען" פֿלעגט אַרױיסקומ'ען מיט אַ טשיבוקענער אױיסשפּראַך און אַ שװוערע פֿאַרמאַטטערטע שטימע.
דער רבי האָט געװואוינען צוזאַמ'ען מיט אַ אַנדער פֿאַמיליע. דער עלטערער זוהן פֿון דיזער פֿאַמיליע איז געװוען אַ שילער אין ראַבינער-שול, װאו ער האָט געװואוינט און געגעסען „אױיף קאַזיאַנע". װוען ער פֿלעגט קומ'ען אַהיים אין זײַנע שװוארצע געװוענטענע קליידער, פֿלעג איך פֿון איהם די אױיגען ניט אַראָפּ134גענומ'ען. ער איז געװוען אַ הױיכער יונג, שױן אַ געװואַקסען, מיט אַ שעהנעם, קײַלעכדינ'ען פּנים. און דאָס האָט פֿאַרגרעסערט מײַן אינטערעסע אין איהם. אַבער װוען ער האָט אױך ניט געהאַט קײן שעהנעם, װאָלט ער מיך אױך געצויגען צו זיך. יעדער ראַבינטשיק האָט געװועקט בײַ מיר אַ טיפֿע נײַגעריגקייט און רעספּעקט אין מיר.
זײַן מוטער האָט מיט איהם שטאָלצירט. מײַן רבי פֿלעגט אױיף איהם קוקען קרום, װוי אױיף אַ גוי. און אױך איך בין אין איהם געװוען פֿאַרליבט.
— ביסט איהם מקנא — דיך ציהט'ס צו שמד, איך קען דאָס זעהן, — האָט דער רבי אַמאָל געזאָגט צו מיר, — האָסט אָבער אַ טעות, אַלטער, דײַן טאַטע איז אַן אהרליכער איד; ער װועט דיר פֿאַר אַ גוי ניט מאַכען.
ישעיה באַלטערמאַנצער'ם צװוייטער חדר קומט מיר אַרױיף אױיפֿ'ן זינען כּמעט יעדעס מאָל, װוען איך הער דעם װוארט „ברונעם", װוארים אױיף יענעם הױיף האָב איך געזעהן, װוי מען גראַבט אַ ברונעם — פֿון דעם ערשטען רידעל ערד, װואָס מען האָט אַרױיסגענומ'ען, ביז אַלץ איז געװוען פֿאָרטיג. װואַרשיינליך איז דאָס געװוען אַ פּלומפּ, װוארים קײן אָפֿענע ברונימער זײַנען אין װוילנא ניט געװוען. װוי מען האָט אין דעם ברונעם אַרײַנגעשטעלט דעם פּלומפּ, געדענק איך אָבער ניט.
מען האָט אים געגראַבען אין מיטעלאָבען הױיף, און יעדע פֿרײַע מינוט, װואָס איך האָב געהאַט, פֿלעג איך שטעהן און קוקען. די פֿיער-קאַנטיגער גרוב איז געװוארען טיפֿער און טיפֿער, ביז עס איז געװוארען אַ סכּנה אַרונטערצוקוק'ען. די גרעבער האָט מען אַראָפּגעלאָזען און אַרױיפֿגעצויגען אין דעם זעלבען עמער, אין װועלכען מען האָט אַרױיפֿגעצויגען די אױיסגעגראַבענע ערד. דאָס אַלץ פֿלעג איך בעאָבאַכטען, װוי אַ פֿאַרגאַפֿטער. און װוען אונטען האָט שױן געבלישטשעט װואַסער, האָב איך געשפּרונגען און געשריען פֿון התפּעלות.
װוען איך האָב געלערענט בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער, פֿלעג איך קױיפֿען נאַשערייען אױיף אַ דערבײַאיגען שעמער (סטענד).
135דער שעמער איז געשטאַנען „בײַ די יאַטקעס", דאָרטען װאו מען קומט אַרײַן פֿון רודניצקער גאַס אָדער פֿון דאָבראָװואָלסקי'ם הױף (אַן אַראָפּ-באַרגיגער דורך-הױף).
ער איז געשטאַנען כּמעט בײַם אַרײַנגאַנג צו יודע מאַנסקי'ם זאַװואוליק, װואו דער חדר האָט זיך געפֿונען. געהאַלטען האָט איהם אַ מײַדעל, און דאָס איז מיר געװוען אַ אומגעװועהנליכ'ע זאַך, װוארים דאָס רוב שעמערס האָבען געהאַלטען פֿאַרהײַראַטע פֿרױיען. איך בין אַלזאָ געװוען אײַנער פֿון איהרע „קונדען". איך פֿלעג בײַ איהר קױיפֿען „מאָנדעלאָך", „אײַנבעלאָך", אַמאָל אַן עפֿעל אָדער אַ באַרנע, און זי האָט מיר גענומ'ען געבען אױיף באָרג —
צוערשט פֿאַר אַ גראָשען, דערנאָך פֿאַר אַ קאָפּיקע, און ביסלעב-װוייז האָט מײַן קרעדיט דערגרייכט ביז צװוױי קאָפּיקעס. געװועהנליך, האָב איך מײַנע „חובות" געצאָהלט פּינקטליך — נאָר אײַנמאָל האָט זיך דאָס פֿאַרצויגען, און דאַן האָב איך זיך געשעמט פֿאַר איהר די אױיגען צו װווײַזען.
פֿון שבת זשירמונסקי'ם הױיף פֿלעג איך אין חדר געהן דורך רודניצקער גאַס אָדער דורך דאָבראָװואָלסקי'ם הױיף. מיר פֿלעגט אױיסקומ'ען פֿאַרבײַצוגעהן דעם שעמער. און װוען זי װאָלט גראָד געקוקט אין מײַן זייט, װואָלט זי מיר געזעהן. פֿלעג איך פֿריהער געװואָהר װוערען, װואו זי האָט איהרע אױיגען, און אױב עס איז ניט געװוען קײן געפֿאַהר, פֿלעג איך געהן װוייטער, האַלטענדיג זיך בײַם װואַנט.
פֿלוצלינג איז דער שעמער פֿאַרשװואונדען. די מײַדעל האָט חתונה געהאַט. איך האָב זיך דערפֿרעהט. איך האָב זיך אָבער געשעמט אױיך. אמת, איך דאַרף זיך מעהר ניט היטען. אַבער װואָס טוט מען מיט דער עבֿירה? די פֿראַגע האָט מיך פֿאַרפֿאָלגט אַ לאַנגע צײַט נאָכדעם װוי איך האָב שױן אױיפֿגעהערט צו געהן אין חדר.