בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

פֿערטער קאַפּיטל

פֿון צװועלף ביז פֿערצעהן

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 136–171), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 136 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
1
מײן מוטער און איהר משפּחה.

136מײַן מוטער האָט געהאַט מעהר כאַראַקטער װוי מײַן פֿאָטער. און מעהר פּראַקטישען שׂכל אױך. זי האָט ניט געהאַט די באַגײַסטערונג און די בענקעניש, װעלכע האָבען געמאַטערט דעם פֿרידען פֿון זײַן נשמה. פֿון מײַן מוהמע פֿײַגען און פֿון אַנדערע קרובֿים און באַקאַנטע פֿלעג איך הערען, אַז מײַן מאַמע איז אַ קלוגע. איך פֿלעג אָבער אױך הערען, אַז זי איז אַ „שלעכטע" און אַ פֿאַרביסענע, און אַז זי „נעהמט זיך אָפֿט דעם לעבען איבער גאָרנישט".

געגען מיר האָט זי אױך אָפֿט אַרױסגעװויזען כּעס. זי איז אָבער געװוען אַ צערטליכע מוטער צו מיר, און איך האָב פֿאַר איהר צאָרן ניט מורא געהאַט.

זי האָט געקענט זײַן גוט און פֿריינדליך צו אַנדערע אױך. און דאַן איז זי סימפּאַטיש און אינטערעסאַנט. און װוען זי איז געװוען גוט געשטימט, איז אין איהר שמייכעל און איהרע ריידע געלעגען אַ קלוגער הומאָר. מענשען האָבען זיך צו איהר געקלעפֿט.

איך געדענק איהר נאָך אַלס אַ נאָך יונגע פֿרױ, װוען שבת פֿלעגט זי טראָגען איהר חופֿה-קלייד — אַ זיידענע, מיט װוײַנקאָלירטע און שװוארצע פּאַסען. שפּעטער, װוען די קלייד איז שױן געװוען צו אַלט און צו אַלט-מאָדיש, האָט זי איהר שױן ניט געטראָגען. זי איז אָבער נאָך עטליכע יאָהר געהאַנגען אין אַלמער 139— אַ דענקמאָל נאָך אַ צײַט, װוען איך בין נאָך אױף דער װועלט ניט געװוען. מיר פֿלעגט זיך דוכטען, אַז דאָס איז געװוען אפֿשר מיט הונדערט יאָהר צוריק.

שײַנע שׂרה קאַהאַן (מײַן מוטער).
שײַנע שׂרה קאַהאַן (מײַן מוטער). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1896.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט בײַ ז׳ 138

פֿון איהר חתונה איז איהר אױך איבערגעבליבען אַ פֿאַר אױיעררינגלאַך — אַ סך קלײַנע דימענט-שטיינלאַך אױיסגעטיילט אין פֿיגורען און אײַנגעפֿאַסט אין זילבער. פֿון צײַט צו צײַט, געװוהנהליך אין אַן ערבֿ יום-טובֿ, פֿלעגט זי זײ פֿוצען מיט צוריבענע קלייד. זי האָט געהאַט אַ ספּעציעלע בערשטעלע דערצו.

פֿרײַטאָג בײַטאָג, װוען איך פֿלעג קומ'ען פֿון חדר, פֿלעגט זי מיר שיקען קױיפֿען פֿאַר דרײַ גראָשען „קװאָס" (מאַקקאַסער)-אױיל — אַ רױיטען בױמעל-דינער שמאַק, מיט װועלכען זי פֿלעגט באַזאַלבען איהר פֿריזור.

װוען איך בין אַלט געװוען צעהן אָדער עלף יאָהר, איז אין דער מאַדע אַרײַן אַ „סיניאָן" — צװױי אָדער דרײַ פֿלעכטעלאַך האָר צוגעשעפּטע הינטער'ן פֿריזור. און דיזע מאָדע האָט זי נאָכגעמאַכט.

זי איז געװוען פֿרום, אָבער אױך אַ געלאַסענעם שטײיגער. געװוהנהליך פֿלעגט זי שבת נאָהן אין שוהל, מיט איהר גרױיסען „קרבן-מנחה" סדור אונטער'ן אָרעם. און אױיב ניט, פֿלעגט זי דאַװונען אין שטוב, זאָגען שטילעקערהייד די װוערטער, מיט אַן ערנסטער מינע, און װועלכע אױיף מײַנע אױגען געטון פֿול מיט חן.

פֿילע יאָהר נאָך שפּעטער, שױן זײַענדיג לאַנג אין אַמעריקא, װוען איך פֿלעג זיך אָן איהר דערמאַנען, פֿלעגט זי מײַסטענס פֿאָרקומ'ען אין דיזען „יום-טובֿ'דיגען סדור", און איהר ליפֿען באַװועגען זיך מיט דער רוהיגער פֿרומער ערנסטקייט, װועלכע איז מיר געװוען אַזױ ליב.

אידיש האָט זי אױך געקאַנט שרײַבען און גוטער האַנדשריפֿט. רוסיש האָט זי געקאַנט שרײַבען און דײַטש אױך — אַביסעל בעסער װוי רוסיש. װוען זי איז געװוען אַ מײַדעל, האָבען איהר די עלטערען געשיקט אין אַ פּריװואַט-שול פֿאַר בעל-הבתּישע מײַדלעך, און דאָרטען האָט מען זי געלערענט דײַטש מעהר װוי רוסיש. קײן סך האָט מען זי אָבער ניט אױיסגעלערענט. 140איהר אַמאָלינ'ען לעהרער האָב איך אָפֿט געזעהן אױיפֿ'ן גאַס — אַ הױיכער שלאַנקער אַלטער מאַן, אין אַ פֿעלעריגער און אין אַ שטרױיענער הוט. שרײַבער האָט ער געהייסען. מײַן מוטער פֿלעגט װוענען איהם ריידען מיט אַ צערטליכען רעספּעקט.

איהר פֿאָטער, שלמה גאָלד-אַרבייטער, האָט געהאַט אַ װוייסע באַרד, און אַנדערש האָב איך אים קײַנמאָל ניט געזעהן. ער איז געװוען אַ שמוקלער, און װוען מײַן מוטער'ם מוטער האָט געלעבט, האָט ער — ריכטיגער געזאָגט, זי — געפֿעהרט אַ געשעפֿט. ער איז געװוען אַ גאַנץ געװוהנהליכער איד. לערנען האָט ער ניט געקאַנט, הגם ער האָט ליב געהאַט צו שפּילען אַ ראָל פֿון אַ בעל-הבתּישען למדן. אין חסיד'ם קלױז (די באַריהמטע קלױז פֿון דעם װוילנער גאון), װאו ער האָט געהאַט אַ „שטאָדט", פֿונקט אַנטקעגען ארון-קודש, פֿלעגען ער און נאָך אַלטע לײַט יעדען מאָרגען נאָך'ן דאַװונען זיצען בײַ אַ „שיעור". מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגען, אַז ער פֿאַרשטעהט ניט די גמרא און װוערט אַנטשלאָפֿען איבער איהר, און איך האָב געװואוסט, אַז עס איז אמת; אָבער מײַן מוטער פֿלעגט װוערען אין כּעס דערפֿאַר, און דיזער כּעס איהרער פֿלעגט מיר זײַן סימפּאַטיש.

אַ חוץ מײַן מוהמע פֿײַגען, האָט מײַן מוטער געהאַט אַ שװועסטער — אַ אינגערע — מיט'ן נאָמען מערע, אַ שעהנע, מיט קלוגע שװוארצע אױיגען, און אַ ברודער, דעם אױיבען-דערמאַנטען חיים-לייב, װועלכער װואוינ'ט איצט אין פּעטערסבורג. װוען איך בין אַלט געװוען אַ יאָהר צוועלף, האָט מערע חתונה געהאַט. זי האָט גענומ'ען אַ װוילנער יונגערמאַן, װועלכער האָט אױך געװואוינ'ט אין פּעטערסבורג.

אײַנע פֿון די פּאַסירונגען, װועלכע האָבען בײַ מיר דאַן געהאַט אַ סענסאַציאָנעלע באַדײַטונג, איז פֿאַרגעקומ'ען װוען די יונגע פּאָרפֿאָלק איז אָפּגעפֿאָהרען קײַן פּעטערסבורג. די גאַנצע פֿאַמיליע איז געגאַנגען צום װואָקזאל זײ באַגלייטען. מיר אָבער האָט מען איבערגעלאָזען אין חדר (בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער). איך בין אָבער אַלײן אַװועקגעלאָפֿען צום װואָקזאל. דער זשאַנדאַר, װואָס איז געשטאַנען בײַם טיר, האָט מיר ניט געװואָלט 141אַרײַנלאָזען. בין איך געשטאַנען און געװויינט, ביז אײַמעצער האָט מיר אַרײַנגענומ'ען.

מײַן מוטער, איהרע צװוױי שװועסטער און איהר ברודער, חיים-לייב, זײַנען געװוען קינדער'ער פֿון אײַן פֿאַטער און אײַן מוטער. זייער מוטער איז שױן לאַנג געװוען טױט, און זייער פֿאַטער איז געװוען פֿאַרהײַראַטעם צו אַ צװוייטע פֿרױ, װועלכע האָט געהיײיסען מלכה. ער האָט מיט איהר געהאַט אַ זוהן, הערצקע, אַ אינגעל מיט דרײַ-פֿיער יאָהר עלטער פֿאַר מיר.

הערצקע פֿלעגט מיר זאָגען אַ סך ליגנס. ער האָט מיר, צום בײַשפּיל, געפּרואװועט אײַנצוריידען אַז ער געהערט צו אַ געהיימער חברה, בײַ װועלכער ער איז אַ גענעראַל. אײַנמאָל, װוען ער מיט מיר האָט געגאַנגען איבער'ן גאַס, האָט פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ סאָלדאַט, דרײַענדיג מיט די ליפּען, אַזױ װוי אײַנער װואָס שװוינקט מיט'ן מױיל.

— דאָס גיט מיר אָפּ „טשעסט" (כּבֿוד) — האָט הערצקע מיר ערקלעהרט — אַזױ איז דער זאַקאָן (געזעץ) פֿון אונזער חברה.

איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז עס איז ניט געשטױיגען, ניט געפֿלױיגען. איך האָב אָבער געשװויגען; און אַזױ װוי צו אַלע אַנדערע ליגנס זײַנע, האָב איך זיך אימער געמאַכט אַז איך גלױיב טאַקע װואָס ער זאָגט מיר. איך האָב מורא געהאַט צו פֿאַרלירען זײַן קאָמפּאַניע.

װוענען זײַן „חברה" פֿלעגט ער מיר דערצעהלען אײַניגע אונאַנשטענדיגע זאַכען. דאָס איז געװוען אין אַ צײַט װוען איך האָב קױם אַנגעהויבען צו פֿאַרשטעהן אַזעלכע ענינים. דיזע מעשׂות זײַנע האָב איך ניט ליב געהאַט צו הערען. אָבער דאָס מודה זײַן װואָלט געהייסען אַז איך בין נאָך אַ קלײַנער אינגעל, פֿלעג איך זיך צוהערען און שװוייגען.

הערצקע האָט זיך גע'חבר'ט מיט גבריאל'קען — מײַנער אַ קרובֿ פֿון מײַן פֿאָטער'ם צד, װועלכער האָט געאַרבייט בײַ אַ מלאכה אין דעמזעלבען הױיף (כאַמינסקי'ס), און װועלכער איז געװוען אַ היבשע ביסעל עלטער פֿון איהם; פֿלעגען זײ מיר 142בײַדע „מולירען" (בלאָפֿען, ליגנס זאָגען). גבריאל'קע איז אַבער שױן געװוען אַ דערװואַקסענער יונג, און בײַ די „חברה-לײַט" פֿון שטאַדט האָט ער טאַקע געשפּילט אַ ראָל.

עס זײַנען געװוען געװוויסע אַרבייטער-מײַדלעך, װואָס האָבען מיט זײ געהאַט מעהר אָדער װועניגער אינטימע באַציהונגען. װוענען דיזע געהיימ'נישע פֿלעגט מיר דערצעהלען די הערצקע, צוצוגעבענדיג פֿינף אונאַנשטענדיגע ליגנס צו אײַן אַנשטענדיגען אמת.

די „חברה לײַט" האָבען געהאַט זייער געהיימ'ען לשון. כּמעט אױיף יעדער „לינגס" זאַך איז בײַ זײ געװוען אַ פֿאַרשטעלטער נאָמען אָדער צייכען. די דאָזיגע װוערטער און סיגנאַלען האָבען מיר גבריאל'קע און הערצקע געלערענט. דאָס האָט געהייסען אַז זײ גרייטען מיר צו צו װוערען אַ „יאַט" און דערנאָך אַ פֿאָלשטענדיגער „חברה מאַן". דערפֿאַר פֿלעגען זײ בײַ מיר אױיסנאַרען געלט און לערנען װוי מען גנב'ענט פֿון מײַן טאַטענס טיש-קעסטעל.

אײַנמאָל איז דורך כאַמינסקי'ם הױיף דורכגעגאַנגען אַן אַרבייטער מײַדעל. גבריאל'קע האָט צו איהר גענומען שמייכלען און געמאַכט אײַנעם פֿון די אונאַנשטענדיגע צייכענס.

— ברעך אױיס בײַדע הענט! — האָט זי אָפּגעענטפֿערט מיט כּעס.

— װוייסט װואָס דאָס הייסט אױיף חברה לשון? — האָט הערצקע מיר פֿאַרטײַטשט איהרע װוערטער — דאָס זאָגט זי איהם װואו זײ זאָלען זיך טרעפֿען אין זאַקרעטעס װואַלד.

נאָך מערע'ן אַװועקפֿאָהרען, איז די צוגעבונדענקייט צוװוישען די איבערגעבליבענע צװוױי שװועסטער געװוארען אימער גרעסער. אַז עס פֿלעגען אַװועקגעהן אַ טאָג און זײ האָבען זיך ניט געזעהן, פֿלעגט אײַנע פֿון זײ קומ'ען צוליויפֿען צו דער אַנדערער. מײַן מוהמ'ס שטוב איז אימער געװוען מײַן שטוב, פֿונקט װוי די הױז פֿון מײַנע עלטערען. איך האָב בוכשטעבליך געהאַט צװוױי היימען מיט אַמאָל. ניט נאָר איז די מוהמע געװוען װוי אַ מאַמע צו מיר, נאָר 145איהר מאַן, דער נאָבעלער פֿעטער מיכל, איז געװוען װוי אַ איבערגעבענער פֿאַטער צו מיר. זייערע צװוױי קליינינקע מײַדעלעך, ריװועלע און חוה'לע, האָב איך זעהר ליב געהאַט. איך האָב דאַן ניט געהאַט קײן שװועסטער און ברידער, און זײ זײַנען געװוען װוי אמ'ע שװועסטער בײַ מיר. חוה'לע איז געבאָרען געװוארען װוען איך האָב געלערענט בײַ חאַצקעל'ם, און איך פֿלעג בײַ זײ געהן אָנבײַסען. ריװועלע איז דאַן אַלט געװוען דרײַ יאָהר.

מײַן מוהמע פֿײַגע (פֿײַגע בײַראַך).
מײַן מוהמע פֿײַגע (פֿײַגע בײַראַך). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1896.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט בײַ ז׳ 144

דער פֿעטער פֿלעגט מיר לערנען װוי זיך אױפֿצופֿיהרען. צום בײַשפּיל: װוען מיר זײַנען געזעסען בײַם טיש און ער האָט בײַ מיר געבעטען דעם מעסער, און איך האָב אים דעם מעסער דערלאַנגט מיט'ן קלונג, פֿלעגט ער ניט נעמ'ען און מיט אַ שמייכעל װוארטען ביז איך װועל איהם געבען מיט'ן שטיל.

װוען איך פֿלעג בײַ זײ נעכטיגען פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס, פֿלעגען מיר שבת אין דער פֿריה נעמען צום דאַװונען אין שמוקלערשער קלױיזעל (אױיף ניטקע טױבעס זאַװואַלאָק). אָפֿט פֿלעגט ער מיט מיר נעהן שפּאַצירען, און אױפֿ'ן װועג מיט מיר ריידען װועגען מענשליכקייט, מיר ערקלעהרען אַז מען דאַרף זײַן אי אַ עהרליכער איד, אי אַן עהרליבער מאַן.

2
כאַמינסקי'ם הױיף. — „ספּאָרט". — העזעלעך. — סאָלדאַטען.

פֿון מײַן צוועלפֿטען יאָהר אָן, ביז איך האָב פֿאַרלאָזען װוילנא, — און דאָס הייסט ביז אַ האַלב יאָהר פֿאַר מײַן פֿאַרלאָזען רוסלאַנד — האָט כאַמינסקי'ם הױיף געשפּילט אַ ראָל אין מײַן לעבען.

דאָס זײַנען אײַנגעטיילט צװוױי הױפֿען אין אײַנעם. אײַנער אױיף יאַטקעװוער גאַס און דער צװוייטער אױיפֿ'ן „פּלאַץ", אַנטקעגען דעם שטאָדט טעאַטער. זײ זײַנען באַהעפֿט מיט אַ שמאָלען, דונקעלען דורכגאַנג. פֿילע פֿלעגען זײ געברױיכען אַלס אַ דורך-הױיף צו געהן פֿון יאַטקעװוער גאַס צום „פּלאַץ", אָדער פֿאַרקעהרט.

146מלכה, דעם זיידע'ם צװוייטע פֿרױ, איז געשטאָרבען, און דער זיידע, װועלכער איז דאַן שױן געװוען אַן אַלטער מאַן, האָט ניט געהאַט װוער עס זאָל פֿיהרען זײַן הױיז. אַזױ װוי דער פֿעטער מיכל האָט געהאַט אַ ריזיגע מלאכה (בײַ איהם האָט ער זיך געהאַט אַ צאָל אַרבייטער אױיסגעלערנט'ערען), איז באַשלאָסען געװוארען צו פֿאַראייניגען זייערע דירות און זייערע װוארשטאַטען. װואָס אַנבעלאַנגט דעם פֿעטער, האָט אַ גרױיסע װוירקונג אױיף איהם געהאַט אַ רעליגיעזער אײַנפֿאַל. פֿריהער האָבען זיך בײַ איהם „ניט געפֿירט" קײן קינדער. און איצט, אַז ער האָט געהאַט צװוױי טעכטערלעך, איז ער אימער געװוען אונגערוהיג. טאָמער זאָלמען זײ אױך ניט בלײַבען לעבען בײַ איהם. אײַנמאָל איז ער באַקאַנט געװוארען מיט אַ פֿרומען אידען, װואָס האָט געהאַט אַ נאָמען פֿאַר אַ מין „בעל שם". ער האָט פֿאַר אים אױיסגענאַשען זײַן האַרץ און יענער האָט איהם געגעבען אַן עצה, אַ „רעצעפּט":

— בײַט אײַער דירה. משנה מקום, משנה מזל (אַז מען ענדערט דעם פּלאַץ, ענדערט מען זיך דעם מזל).

זינט זײ האָבען זיך איבערגעקליבען אין כאַמינסקי'ם הױיף, האָב איך אױיף יענעם הױיף פֿאַרבראַכט ניט װוייניגער צײַט װוי אױיף שבת זשירמונסקי'ס. דאָרטען איז געװוען מעהר פּלאַץ אױיף צו שפּילען זיך און שפּרינגען. דאָרטען זײַנען אױך געװוען מעהר אינגלעך.

מיר פֿלעגען זיך שפּילען אין „העזעלעך". מיר פֿלעגען זיך אױיסשטעלען אין אַ צײַל, און פֿון אײַנעם פֿון אונז פֿלעגען אונז ציילען מיט געװויסע װוערטער, װועלכע האָבען ניט געהאַט קײן זין. עס זײַנען געװוען בײַ זעכצען אָדער צוואַנציג װוערטער אַזעלעך, און זײ זײַנען געגאַנגען אין גראַמ'ען. דער אינגעל, אױיף װועמ'ען עס פֿלעגט אױיסקומ'ען דער לעצטער װוארט, איז געװוען דער װואָלף. די איבעריגע זײַנען געװוען די העזעלעך, און דער װואָלף פֿלעגט זיך נאָך זײ נאָכיאָגען. אױיב ער האָט אימעצען געכאַפּט, איז יענער געװוארען דער װואָלף.

די אונזיניגע גראַמ'ען, מיט װועלכע מען פֿלעגט ציילען, זײַנען געװוען פֿון צװוױי אָדער דרײַ סאָרטען. איך געדענק נאָר די ערשטע „פֿערזען" פֿון צװוױי „לידער" אַזעלכע: 147„אײַנקע דרײַנקע, דרילאַ דרו / פֿיבער פֿאַבער פֿיבער פֿו."

און

„סײַנע זײַנע / פֿאָמאַ זײַנע / יאַ איוואַן / קאַפּיטאַן. / איסעל זיסעל / פֿאָמאַ זיסעל."

די לעצטע זילבע פֿלעגט דער צעהלער אױיסציהען און אױיסשרײַען אין דער הױיך. דאָס איז געװוען דער סיגנאַל. בײַ דיזער זילבע פֿלעגען די העזעלעך זיך צוליױיפֿען מיט אַ פֿרעהליכען געשריי, און דער װואָלף פֿלעגט זיך אַ לאָז טאָן זיך יאָגען נאָך זײ.

אַלס אײַנעם פֿון אונזערע „ספּאָרטס" קען מען רעכענען די שפּאַצירען װואָס מיר פֿלעגען מאַכען צו די „סמאָטערס" (רעװױ פֿון סאָלדאַטען). די קלענערע סמאָטערס (מיליטערי דרילס) פֿלעגען פֿאָרקומ'ען בײַ די קאַזאַרמעס: די גרעסערע — בײַ די „נײַע קראַמ'ען" (קאַטהעדראַל פּלאַץ, לעבען באָטאַנישען גאַרטען). און נאָר די גרױיסע מאַנעװוורס — הינטער'ן שטאַדט, װוייט אױיף גרױיס שניפֿעשאַק אָדער אױיף לוקעשקעס.

אין װוילנא איז דאַן געשטאַנען די 27סטע דיװויזיע (אַ דיװויזיע איז באַשטאַנען אין פֿיער פּאָלקען אָדער רעגימענטען). דאַן האָבען רוסישע סאָלדאַטען געטראָגען ניט קײן פּלאַכ'ע היטלען, נאָר „קעפּי", אָדער „קעפּעס" (פֿון הינטען איז די היטעל געװוען אַרױסגעבאָגען און אױיבען האָט זי זיך געענדיגט מיט אַ קלײַנע קײַלעכדיג'ע „דנאָ"). אונטען האָט זי געהאַט אַ שמאָלען אָקאָלישאַק (ראַנד). און בײַ יעדער פֿאָלק פֿון דער דיװויזיע האָט דער אָקאָלישאַק געהאַט אַ אַנדער קאָליר. דער ערשטער פֿאָלק האָט געהייסען „אַרכאַנגעלסקי" און זײַן אָקאָלישאַק איז געװוען רױיט. דער צװוייטער — „טראָיצקי" — מיט אַ װוייסען אָקאָלישאַק; דער דריטער „אופֿימסקי" — מיט אַ בלױיען; און דער פֿערטער — „סאַראַטאָװוסקי" — מיט אַ שװוארצען. די „פּאָגאָנעס" אױיף די פּלייצעס (שאָולדער148סטראַפּס) האָבען בײַ יעדען פֿאָלק געהאַט דעמזעלביגען קאָליר װוי דער אָקאָלישאַק. אָבער דער נומער אױיף'ן פּאָגאָן איז בײַ אַלעמ'ען געװוען דערזעלבער: „27" — דער נומער פֿון דער דיװויזיע. די צװוױי ציפֿערלאַך זײַנען בײַ די װוילנער אינגלאַך פֿון יענע יאָהרען געבליבען אײַנגעקריצט אין זכרון אַלס אַ טייל פֿון זייער קינדערשען לעבען.

רױיט איז דער באַליבטער קאָליר פֿון קינדער, און דאָס איז געװוען אײַנע פֿון די צװוױי אורזאַכען פֿאַרװואָס דער אַרכאַנגעלסקער פֿאָלק איז געװוען אונזער ליבלינג. די צװוייטע אורזאַכע איז געװוען, אַז ער איז געװוען דער ערשטער און װויכטיגסטער פֿאָלק אין דער דיװויזיע. צו אונזער מאָל, איז זײַן קאַזאַרמע געװוען אױיף'ן „קלײַנעם פֿלעצעל", נאָר עטליכע מינוט גאַנג פֿון כאַמינסקי'ם הױיף, און מיר פֿלעגען דאָרטען זײַן גאַנץ אָפֿט באַזוכער.

דערטאָן פֿלעגט מען לערנען נײַע רעקרוטען און מען פֿלעגט מושטירען אַ ראָטע אָדער אַ באַטאַליאָן. בײַ די נײַע קראַמ'ען פֿלעגט מען סמאָטערן אַ פֿאָלק אָדער זאָגאַר אַ גאַנצע דיװויזיע. דאַן פֿלעגען די קאַמאַנדירען שױן זיצען אױיף פֿערד, און עס פֿלעגט שפּילען אַ מיליטערישער אָרקעסטער.

די גרױיסע מאַנעװוורס פֿלעגען פֿאָרקומ'ען ניט מעהר װוי אײַנמאָל אין אַ זומער, און זײ זײַנען געװוען אַזױ װוייט, אַז נאָר אַ פֿאַר פֿון די אינגלעך פֿלעגען זײ געהן זעהן. די סמאָטערס בײַ די „נײַע קראַמ'ער" זײַנען געװוען אונזער אמ'ער „ספּאָרט". װוען די סאָלדאַטען מיט זייערע ביקסען זײַנען פֿאָרבײַגעגאַנגען, צײַל נאָך צײַל, באַגלייט פֿון די שעהנע טרומייט'ן, קלאַרנעטען, פֿלייטען און פּױיקען, האָט דאָס האַרץ אױיש געשפּרונגען פֿון תּענוג. דאָס איז געװוען אי אַפֿערא אי טעאַטער בײַ אונז.

מיר האָבען געװואוסט די נעמ'ען פֿון אַלע גענעראַלען און פֿון אײַניגע פֿאָלקאָװוניקעס, פֿון אַלע קאַפּעל-מײַסטערס און פֿון עטליכע מאַיאָרען. איך בין געװוען אַ גאַנצער למדן אין דיזע זאַכען; און טאָמער האָט מיר געפֿעלט דער נאָמען פֿון אַ גענעראַל, אָדער עפּעס אַנאַנדער אײַנצעלהייט װועגען די פֿיער 151פֿאָלקען פֿון דער 27סטער דיװויזיע, פֿלעג איך ניט רוהען ביז איך בין דאָס געװואָהר געװוארען.

מײַן פֿעטער מיכל (מיכל בײַראַך).
מײַן פֿעטער מיכל (מיכל בײַראַך). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1896.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט בײַ ז׳ 150

אױיפֿ'ן „שוהל-הױיף" — הױיפּטזעכליך אין „נײַעם" קלױיז — פֿלעגען זיך שבת געפֿינען אַ סך אידישע סאָלדאַטען; פֿלעג איך אַמאָל אַהין גאָהן ספּעציעל, אום צו באַקומ'ען אונמיטעלבאַר אױיף מײַנע פֿראַגען. אַז אַ אינגעל זאָל בײַ אַ אַנדער אינגעל עפּעס פֿרעגען װוענען מיליטערישע ענינים, און יענער זאָל איהם אָפֿשיקען צו מיר — דאָס איז געװוען אַ גאַנץ געװוהנליכ'ע זאַך.

נאָר אײַן אינגעל איז געװוען, װואָס האָט די דאָזיגע זאַכען געװואוסט אַזױ גוט װוי איך, און נאָך בעסער. זײַן נאָמען איז געװוען נאַטומ'ע חיים'סע. ער פֿלעגט אימער האַלטען אַ קינד אױיף'ן האַנט — זײַנע אַ קלײַנע ברודערל. מיט'ן קינד פֿלעגט ער זיך אַרומטראָגען גאַנצענע טעג, און מיט אים אױיף'ן האַנט פֿלעגט ער גאָהן אױיף די סמאָטערס און זאָגאַר אױיף די מאַנעװוורס, אַזױ װוי די װוייטסטע טײַלען פֿון שניפֿעשאַק. מיר פֿלעגען זיך װואונדערען, װוי אַזױ זײַן האַנט חלש'ט אים ניט אָפּ.

אײַנמאָל האָט אײַנער פֿון די אינגלעך פֿון כאַמינסקי'ם הױיף געמאַכט אַן ענטדעקונג: אַ פֿלאַץ, בײַ אַ קאַזאַרמע, װאו סאָלדאַטען פֿלעגען מאַכען גימנאַסטיק, איז פּוסט און מיר קענען דאָרטען קלעטערען איבער די שטאַנגען, „ברעכען זיך" אױיף די „װוינגלאַך", שפּרינגען איבער די הילצערנע פֿערד. דער פֿלאַץ איז געװוען בײַ קאַזימירסקי זאַװואַלאָק, לעבען דעם אָנהיב פֿון סאָװויצער גאַס. מיר האָבען זיך אַװועקגעלאָזען אַהין און גענומ'ען „אַרבייטען". און פֿון דאַמאָלס אָן זײַנען מיר אַהין געקומ'ען גאַנץ אָפֿט.

קײן גרױיסער גימנאַסט בין איך ניט געװוען. אַלץ װואָס איך האָב געקענט טאָן, איז אַרױיפֿקלעטערען איבער אַ שטאַנג, אָדער איבער אַ שטריק. אַ פֿאַר פֿון מײַנע חברים האָבען געװואוזען פֿיל מעהר װוי איך. איך האָב זײ מקנא געװוען, און אום ניט אָפּצושטעלן זיך פֿון זײ, פֿלעג איך אױיף יענעם „פֿלעצעל" קומ'ען װוען קײַנער האָט ניט געװואוסט, און פֿלעג זיך דאָרטען לערנען שפּרינגען, אָדער הענגען פֿון אַ הױיכער װויגעלע אױיף 152די ברעגעס פֿון מײַנע פֿיס. קײן גרױיסע רעזולטאַטען האָב איך אָבער דורך דעם ניט דערגרייכט.

דער נעקסטער שכן צו מײַן זיידען איז געװוען „דער שטרײַכער", אַ איד מיט'ן נאָמען אברהם דוד ריט, װועמעס באַשעפֿטיגונג איז באַשטאַנען אין פֿאַרבען פּוטער-װואָרג. ער האָט געהאַט פֿיער זיהן, און די מיטעלסטע צװוױי זײַנען געװוען אונזער'ע חברים. זײ זײַנען געװוען די פֿלינקסטע „העזעלעך" און די בעסטע גימנאַסטען.

מיט אונז פֿלעגט זיך אױיך שפּילען אַ „שייגעץ" — דער זוהן פֿון דעם סטראַזש. ער האָט אָבער גערעדט גוט אידיש. זײַן מוטער האָט איהם געהאַלטען אַ לעהרער, און ער האָט זיך געפֿערטיגט צו דער גימנאַזיע — אַ גאַנץ אונגעװוהנהליכע זאַך פֿאַר דעם זוהן פֿון אַ סטראַזש. זײַן נאָמען איז געװוען קאַליקסט (קאַליע).

מײַן זיידע האָט געװואוינ'ט אױיף דעם הױיף, װואָס איז אַרױיסגעקומ'ען אױיף יאַטקעװוער גאַס. אין מיטען האָט עס געשטאַנען אַ פֿלאָמב, אײַנער פֿון די בעסטע װואַסער-קװוּעלען אין װוילנא. צעהנדליג'ע װואַסער-טרעגער פֿלעגען אַהער קומ'ען אָנפֿילען זייערע עמערס. און פֿריװואַטע איז פֿון זײ דאַ געװוען אַ גאַנצער יריד. מײַן זיידע האָט געװואוינ'ט אין אַ אונטערשטע דירה, פֿונקט אַנטקעגען פֿלומב. פֿלעג איך אָפֿט נאָכמיטאָג, און װוען איך בין געװוען פֿרײַ פֿון חדר, שטעהן און קוקען אױיף די װואַסער-טרעגער װוי זײ קומ'ען מיט לײַדינ'ע עמערס, און אײַנער נאָך דעם אַנדערען געהען זײ צו צום פֿלומב און פֿאָמפּען; און װוי דערנאָך געהען זײ אַװועק, יעדער מיט אַ פֿאַר װואַסער — לײַכט, פֿעסט און רוהיג, װוי די „נאָסטשע" מיט די פֿולע עמערס װואָלטען געװוען אַ טייל פֿון זײַן קערפּער.

פֿרײַטאָג נאָכמיטאָג פֿלעגען אױיך קומ'ען צעהנדליגע אָרימע לײַט נאָך נדבות. אױיף זײ האָב אױך איך ליב געהאַט צו קוקען. זײ פֿלעגען אַרײַנקומ'ען אײַנציגװוייז אָדער קאָמפּאַניעס153װוייז. אין יעדער הױיז פֿלעגט מען פֿאַרנאַכט פֿאַר זײ שױן אָנגעגרײט גראָשענ'ס אָדער „האַלבע" גראָשענ'ס (האַלבע גראָשענס). איך האָב געקענט אַלע אָרימע לײַט פֿון אַלע, און װואַסער-טרעגער און פֿון אַלע אָרימע לײַט אין שטאַדט — אַלץ פֿון מײַנע פֿריװואַ'דינ'ע באַאָבאַכטונגען אין כאַמינסקי'ם הױף.

אױיף דער אַנדערע זײַט פֿלומב, אין אַ אונטערשטע דירה, האָט געװואוינ'ט און געהאַט זײַן װוערשטאַט „דער בראַזניק". אין אַ װוינקעל פֿון דעם הױיף האָט געװואוינ'ט ליבע דער װואַטע-מאַכער, און לײַזער פֿון דעם „פֿלעשעל-מאַכ'ר" (דאָס הײַסט, ער פֿלעגט אױיפֿקױיפֿען לײַדינ'ע אַלטע פֿלעשעלאַך און זײ פֿאַרקױיפֿען). אין אַ אַנדערע פֿון די אַנדערע דירות האָט געװואוינ'ט רחל „די פֿוטער-נייערקע", אָרע „דער קירזשנער" און חיה „די אײַזען-קרעמ'ערקע". בײַ דעם אַרײַנגאַנג פֿון יאַטקעװוער גאַס איז געװוען סערע די שענקערקע'ם שענק, מיט אַ טיר ניט אין גאַס, נאָר „אין טױיער".

עס זײַנען געװוען אַנדערע בעל-מלאכות און הענדלער. איך רייד אַלץ װועגען אײַנעם פֿון די צװוילינג הױיפֿען. מיט דעם אַנדערען הױיף, מיט דעם, װואָס קומט אַרױס צום „פּלאַץ", בין איך געװוען װועניג באַקאַנט. ער איז געװוען אַזױ װוי אַ באַזונדערע װועלט פֿאַר מיר.

דער נעקסטער הױיף צו כאַמינסקי'ם, צו „טײיטשע" גאַס צו, איז געװוען די קײַלעכרישע יאַטקע, װאו קריסטליכע קצבים האָבען פֿאַרקױיפֿט זייער סחורה — אױיך צװוױי הױיפֿען אין אײַנעם. אַהין פֿלעגען מיר קײַנמאָל ניט אַרײַנקומ'ען (אין 1919, װוען איך האָב װוילנא באַזוכט נאָך אַן אָפֿוועזענהייט פֿון 38 יאָהר, בין איך דאָרטען געװוען צום ערשטען מאָל אין מײַן לעבען).

מײַן מוהמע איז געװוען באַפֿריינדעט מיט אַלע װוייבער פֿון כאַמינסקי'ם הױף. אָבער איהר נעהנטסטע חבר'טע איז געװוען סערע די שענקערקע. סער'ע האָט געהאַט פֿיער טעכטער. די עלטסטע, אַ ליבליכע, חנ'עוודיגע מײַדעל, איז געװוען ציװויליזירטער װוי דאָס רוב באַלעבאַטישע מײַדלעך פֿון 154איהר קלאַס. זי איז געװוען באַקאַנט מיט שילער פֿון דער ראַבינער שוהל און זי האָט זיך געקענט טאַנצען. אַלזאָ, האָט מען װוענען איהר „גערעדט". און װוען זי האָט זיך געקראָגען אַ חתן — אַ יונגען אלמן — און ער האָט זיך דערװואוסט װואָס מען זאָגט אױיף איהם, האָט ער זיך געקװוייטשעלט. איז זי אים אָבער שטאַרק געפֿעלען געװוארען, און ער איז ענדליך געגאַנגען צו דער חופֿה. אױיף מאָרגען נאָך דער חתונה, גלייך אין דער פֿריה, איז סער'ע אַרײַנגעלאָפֿען צו מײַן מוהמ'ען מיט אַ פֿרעהליכער בשׂורה. זײ האָבען זיך געקושט און געהאַלזט, און פֿאַר שׂמחה האָבען זײ געלאַכט און געװויינט (איך האָב יענע נאַכט גראַד גענעכטיגט בײַ מײַן מוהמ'ען און איך האָב געזעהן די סצענע). די גוטע נײַעס איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: עס האָט זיך אַרױסגעװויזען אַז די מעשׂות, װואָס בײַזע צינגער האָבען פֿאַרשריבען אױיף דער כלה, זײַנען ניט געשטימ'ן, ניט געפֿלױיגען — אַ פּוסטער בלבול. דער חתן איז געװוען גליקלעך-איבערגליקלעך.

אברהם דוד שטרײַכער'ם עלטסטער זוהן איז געגאַנגען אין ראַבינער שוהל. אױיך איז אַהין געגאַנגען מײַן פֿעטער'ם אַ פּלימעניק. זײ זײַנען געװוען אַ סך עלטער פֿאַר מיר, און איך האָב זײ מקנא געװוען אי זייער עלטערקייט אי דעם װואָס זײ שטודירען. איך פֿלעג זיך צוהערען צו זייערע רייד און באַקוקען זייערע קורצע רעקלעך. מיט געװוהנליכע אידען האָבען זײ גערעדט אַזױ װוי מיר אַלע. מיר האָט זיך אָבער געדוכט אַז זייער שפּראַך איז פֿאָרט ניט דיזעלבע װוי בײַ אונז — זי איז אי אידיש, אי גױיאיש.

3
מאַשינען. — מײַן זיידע'ם מאַשין. — אַ דײַטש. — די ערשטע נעה-מאַשין אין װוילנא.

מײַן זיידע האָט געהאַט אַ מאַשין אױיף צו פֿאַבריצירען באַפּוצונגס-שניר צו אָפֿיצערסקע היטלען. דאָס איז געװוען אַן 155אײַזערנער טיש, אין װועלכען עס זײַנען געלעגען פֿיר אָדער זעקס ציהנערדיגע רעדער. מען פֿלעגט דרעהען אַ הענטעל, װוי בײַ אַ קאַטערינקע, און דערפֿון פֿלעגען זיך דרעהען די רעדער. אױיבען אױיפֿ'ן טיש זײַנען געשטאַנען „סאָלדאַטעל". װוען די רעדער זײַנען געקומ'ען אין באַװועגונג, פֿלעגען זיך „סאָלדאַטעל" „מאַרשירען" אױיף אַ געװויסען שטיגער, און אַזױ װוי אַרום יעדער פֿון זײ איז געװוען אַרומגעװויקעלט אַ זײַדענער, זילבערנער אָדער גילדערנער פֿאָדים, פֿלעגען דורך זייער „מאַרש" אַ פֿראָסטע שטריק אַרומגעװועבט װוערען מיט שעהנע פֿאָדים.

אין דער הױיך, איבער דעם טיש מיט די „סאָלדאַטעל", איז געװוען צונגעפֿעסטיגט אַ גרױיסער שפּול, אַרום װועלכער עס פֿלעגט זיך אַרומװויקלען דער פֿאַרטיגער שנור. דערצו האָט זיך אַבער נױיטיג געװוען אַז דער שפּול זאָל זיך אױך דרעהען. צו דיזען צװועק האָט מען נאָהאַט אַ מיטעל, װואָס װואָלט זיך געפֿאַסט פֿאַר משה רבינו'ס צײַטען: בײַ דעם ענד פֿון דעמזעלבען שפּול איז געװוען אַרומגעװויקעלט אַ פֿראָסטע שטריק, און צו איהר ברעג איז געװוען צונגעשעפּט אַ צעהן-פֿונטיגע געװויכט. די געװויכט האָט געשלעפֿט די שטריק צו דער ערד און דיזע קראַפֿט האָט לאַנגזאַם דעם שפּול אַרומגעדרעהט. אַבער די געװויכט האָט זיך ביסלאַכװוייז אַראָפּגעלאָזען, און װוען זי האָט דערגרייכט די פּאָדלאָגע, פֿלעגט מען איהר מוזען אױיפֿהויבען, זיך שטעלען אױיף אַ שטוהל, די שטריק װוידער אַרומװויקלען אַרום דעם שפּול און דעם געװויכט װוידער צוטשעפּען צו דעם שטריק.

איך האָב ליב געהאַט צו דרעהען די רעדער פֿון דער מאַשין און צוזוקוקען װוי עס „מאַרשירען" די „סאָלדאַטען". און די אָפּעראַציע מיט דעם געװויכט און דער שטריק האָב איך דורכגעמאַכט צעהנדלינ'ע מאָל.

אַזױ איז דעם זיידע'ם מאַשין געגאַנגען פֿיעלע יאָהרען. אײַנמאָל האָט איהר דערזעהן אַ מעכאַניק, װועלכער האָט גענומ'ען אַ שטעלע אױיף דער װוילנער טעלעגראַף „סטאַנציע" — אַ יונגער דײַטש מיט אַ פּראָפֿעסאָרישען געזיכט, מיט ברילען איבער אַ פֿאַר קורצזיכטיגע אױיגען, מיט אַ שפּיציגע געלע בערדעלע און מיט אַ טעלעגראַף-היטעל, װועלכע ער האָט אימער געטראָגען 156אױיף אַ זײַט. ער האָט די מאַשין באַקוקט און שמייכעל געטאָן. דער רעזולטאַט איז געװוען, אַז ער האָט צו איהר צוגעמאַכט אַן „ענדלאָזען" לעדערנעם שנור, און דורך דעם האָט די באַװועגונג פֿון די ציהענדינ'ע רעדער ממילא שױן באַװוירקט דעם שפּול אױיך. די געװויכט, מיט דער אַרבייט, װואָס האָט זיך צו איהר געפֿאָדערט, איז געװוארען איבעריג. און די גאַנצע געשיכטע האָט געקאָסט נאָר צעהן רובעל.

איך האָב זיך ניט געקענט אָפּװואונדערן — ניט אַזױ פֿון דעם מעכאַניק'ם שׂכל, װוי און פֿון דעם פֿאַקט, אַז אַזאַ אײַנפֿאַכ'ע זאַך האָבען קײַנעם אױיף'ן זינען ניט אַרױפֿגעקומ'ען.

מײַן פֿעטער און מײַן מאַמע זײַנען אױיך געװוען ענטציקט.

— אַ דײַטש! אַ דײַטש! — האָט מײַן פֿעטער פֿיל מאָל אױיסגערופֿען מיט באַגײַסטערונג.

דער פּשט דערפֿון איז געװוען, אַז פֿון אַ דײַטש קען מען ערװוארטען די גרעסטע נסים. װוער איז געגאַנגען אױיף אַ שטריק? װוער האָט אין צירק געװויזען אונגלױיבליכ'ע קונצען מיט פֿערד? אַלץ דײַטשען!!

אַרום דערזעלבער צײַט זײַנען אין װוילנא אַנגעקומ'ען די ערשטע נעה-מאַשינען. די שטאַדט האָט זיך מיט זײ געכאַפּט. עס האָט זיך באַװויזען אַ נײַע מלאכה: „שטעפּעריי". דער װואָס האָט גענומ'ען קױיפֿען אַ זינגער-מאַשין און אַרבײַטען אױיף איהר, האָט געמאַכט אַ פֿײַנע חיונה. קירזשנער, שנײַדער, קאָלדרע-מאַכער, האָבען צו איהם געטראָגען אַרבייט. מען האָט זיך געפֿרייט אַז ער האָט נאָר געקענט נעמ'ען.

פֿילע עלטערן האָבען זייערע אינגלעך אָפּגעגעבען צו שטעפּער זיך לערנען די „גילדערנע" מלאכה. אײַנער פֿון זײ איז געװוען מײַן מוטער'ס שטיעף-ברודער הערשעל, און ער פֿלעגט מיר דערצעהלען די נסים פֿון דער „שטעפּ-מאַשין".

אױיף לאַנג איז דאָס אָבער קײן גילדערנע מלאכה ניט געבליבען. אין אַ פֿאָר יאָהר אַרום איז שױן געװוען צופֿיל שטעפּער; און פֿילע קירזשנער, שנײַדער און נײַטערקעס האָבען 157גענומ'ען אײַגענע שטעפּ-מאַשינ'ען, אָדער קלײַנע האַנד-מאַשינקעם צום נעהען.

4
אין אַ ישיבה. — ר' עליע אױטשע.

נאָך פּסח, װוען איך בין שױן געװוען נאָהענט צו בר-מצוה, האָט דער טאַטע מיר אַװועקגעגעבען אין דער פֿלאַשטשאַדקער ישיבה.

„פֿלאַשטשאַדקע" האָט דאַן געהייסען די קורצע גאַסעל, װואָס געהט פֿון דעם „פּערד-מאַרק" (די הײַנטיגע האַלללעם) ביז אַ באַרג, װועלכער איז געשטאַנען כמעט גלייך װוי אַ װואַנט. אױיבען, אױיפֿ'ן באַרג, געהט אַ שעהנע ברייטע װואָקזאַל-גאַס. דער װואָקזאַל איז נאָר אַ פֿאַר מינוט גאַנג פֿון דאַנען. דער באַרג האָט אים אָבער פֿאַרשטעלט, מיט דער שעהנער גאַס, מיט אַלעמען. בײַ דעם סאַמע באַרג איז געװוען אַ קלײַנער אַרומגעצאַמטער פּלאַץ, װועלכער האָט געדינט אַלס אַ מין אָקסען-מאַרק, און נעקסט צו איהם איז געשטאַנען אַ קלייזעלע. אָט אין דיזער קלײַזעלע איז געװוען די ישיבה.

איבער'ן באַרג האָבען געפֿיהרט טרעפּ — בײַ פֿופֿצעהן אָדער אַכצעהן. אָבער דורך דײַטש'עס הױיף, װועלכער געפֿינט זיך גלייך דערבײַ, האָט מען געקענט אַרױפֿגעהן אָהן טרעפּ. און דאָך איז דער דאַזיגער באַרג געװוען אַ װואַנט צװוישען צװוױי גאַנץ פֿאַרשידענע װועלטען. אױיבען זײַנען געפֿאַהרען קאַרעטען, געגאַנגען הײַנטיג-געקליידעטע מענטשען. די גאַס איז דאָרטען געװוען ברייט, גוט אױיסגעברוקירט, ציכטיג; און פֿון ביידע זײַטען זײַנען געגאַנגען ציילען בױימער. אַ קורצע שטרעקע פֿון דאָרטען איז געשטאַנען דער שעהנער, כמעט נײַער מויער פֿון דעם װואָקזאַל, מיט אַ פֿרײַען סקװוער פֿון פֿאַרנעם. און אַנטקעגען דעם װואָקזאַל האָבען זיך געצויגענ'ע לאַנקעם און גערטנער. אונטען, װוידער, אױיף פֿלאַשטשאַדקע און אױיפֿ'ן „פּערד-מאַרק" האָט מען געזעהן נאָר בלאָטע און פֿױיערשע װועגען, פֿאָות-אידען, אידישע ישוב'ניקעם, בעל-עגלות און פֿױיערים. די פֿלאַשטשאַדקער בלאָ158טעס האָבען געהאַט אַ שם. אױיף רוסיש האָט מען די געסל טאַקע אַזױ גערופֿען: „גריאַזני פֿערעאולאָק" (דער בלאַטינ'ער זאַװואוילאַק). און אױיף איהם האָבען זיך באַװועגט דאָרפֿסלייט, קריסטליכ'ע און אידישע, װועלכע זײַנען געקומ'ען אין שטאָדט מיט זייער'ע סחורות, און שטאַדטישע אידישע הענדלער פֿון דעם אַלטען שניט — פֿאַרקויפֿער, קויפֿער, מעקלערס, לופֿט-מענשען אַלערלײ. אױיף פֿלאַשטשאַדקע און אַרום פֿערד-מאַרק האָבען זיך געפֿונען עטליכ'ע אכסניות, יעדע מיט דעם נאָמ'ען פֿון דער שטעטעל, וועמ'עס אײַנוואוינער עס פֿלעגען זיך בײַ איהר אָפּשטעלען.

אױיבען אױיפֿ'ן באַרג איז געװוען אײַראָפּא פֿון דעם נײַנצעהנטען יאָהרהונדערט. אונטער איהם האָט געשמעקט מיט מיטעלאַלטער.

דער פֿלאַשטשאַדקער ראש ישיבה האָט געהייסען ר' עליע אױטשע. דאָס איז געװוען אַ הױיכער, געזונטער, געװואַקסען װוי אַ דעמב, מיט אַ האָר און אַ באַרד שװואַרץ װוי זשוק און האַרט װוי דראָט; און מיט אַ האָר פֿון דעמזעלבען קאָליר און האַרטקייט איז געװוען באַװואַקסען זײַן שטענדיג צוקראַסטעטע ברוסט. ער האָט געגעבען צװוױי שעורים — אַ „קלענערען" און אַ „גרעסערען". װוען ער האָט ניט געלערענט מיט זײַנע תלמידים, פֿלעגט ער לערנען אַליין אָדער שמועסן, אָדער אַרומקוקען לאַנגזאַם, אַ האַלב פֿאַרשלאָפֿענ'ער. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער זיך אָפּשטעלען בײַ דעם „שולחן", אױיסקנאַקען די פֿינגער אױיף איהם און װוידער נעמ'ען געהן.

ער איז כמעט אימער געװוען אין קלייזעל. מען האָט געזאָגט, אַז ער מאַכט אַ שנאַפּם. שכּור האָב איך אים אָבער קײַנמאָל ניט געזעהן. ער האָט אָפֿט געשמייכעלט; אַמאָל מיט גוטען, אַמאָל מיט אַ בײַזער איראָניע. פֿאַרגינ'ענהענדיג אַ אינגעל, פֿלעגט ער אַמאָל איהם געבען אַ „שטורך" מיט אַ האַלב-שפּאַסיגען זידעל-וואָרט, אָדער „דריט-האַלבען פּעטש", דאָס הייסט, געבען דרײַ פּעטש און „אַרױסנעמ'ען אַ קניפּ רעשטע". זיצענדיג בײַם שיעור, און ערקלערענדיג אַ טיפֿען ענין, 159פֿלעגט ער „אױיסקנאַקען" זײַנע פֿינגער אָן טיש, אָדער ענבערען דעם נעקסטסטען תלמיד מיט זײַן אײַזען-האַרטען פֿינגער. זײַן מוח האָט געאַרבעט לאַנגזאַם; אָבער מיט אַן אױיבערפֿלעכליכען פּשט האָט ער זיך ניט באַנוגענט. ער האָט גענאָרשט נאָך טיפֿקייט. לײַכט איז דאָס איהם ניט אָנגעקומ'ען. ער פֿלעגט זיך אָבער דערגרונטעװוען. אַ אײַניגע ענינים פֿלעגט ער באַהאַנדלען מיט אַזױ „חריפֿות", אַז לומדים פֿלעגען ספּעציעל קומ'ען הערען װוי ער ערקלערט זײ פֿאַר זײַנע תלמידים. װואו נאָר עס איז געװוען אַ פֿירוש אױיף אַזאַ ענין, און װואו נאָר ער האָט געהערט װוענען אַ פּשט'ל, װואָס אימעצער האָט אױיף איהם געזאָגט, האָט ער ניט גערוהט, ביז ער איז װוענען דעם געװואָהר געװוארען מיט אַלע אײַנצעלהייטען, מיט יעדער דריידעלע.

„ער האָט אַ שװוערע קאָפּ; ער האָט אָבער אַ געהאַרעװוטעם אָהן אַ שיעור, און ער איז אַ אױיסגעגרונטעװועטער געלערנטער, אַ למדן און אַ חריף".

אַזױ אַן אונגעפֿעהר האָט װוענען איהם אַמאָל אין מײַן געגענוואַרט געזאָגט אַ בעל-הבת'ישער למדן, אײַנער פֿון די פֿלאַשטשאַדקער הענדלער, וועלכער פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומ'ען אין ר' עליע אױטשע'ם קלייזעל.

װוען איך באַטראַכט איהם הײַנט, פֿיהל איך אַז דעם הענדלער'ס אָפּשאַצונג איז געװוען ניט אײַנגאַנצען ריכטיג. עליע אױטשע'ם מוח איז מסתמא געװוען אַ שאַרפֿער. זײַן לאַנגיגע „גרונטאַװוונג", אַ טיפֿע, זי האָט אָבער ניט געאַרבייט פֿלינק. „איבער געװואָלט" קען מען אפֿשר װוערען אַ למדן, אָבער ניט קײן חריף.

דער אונטערשיד צװוישען אַ גמרא-חדר און אַ ישיבה איז באַשטאַנען אין דעם, װואָס אַ חדר אינגעל האָט ניט געקענט „לייענען" (אַליין איבערלייענען אַ נײַע שטיקעל גמרא און פֿאַרשטעהן איהר פּשט), װוערענדער אַ ישיבה-בחור האָט יאַ געקענט „לייענען".

דאָך, אײַניגע פֿון די נײַע אינגלעך אין ר' עליע אױטשע'ם קלענערען שיעור זײַנען נאָך אױיך ניט געװוען קײן בריה'ס אױיף „לייענען". און אױיב אַזעלכע תלמידים האָבען געקענט 160באַצאַהלען אַכט רובעל אַ זמן עקסטרא, פֿלעגט דער ראש ישיבה זײ געבען אַ ספּעציעלע פֿאַר שטונדען יעדען טאָג, און זײ צופֿערטיגען צו דעם מאָרגענדינ'ען שיעור. מײַן טאַטע האָט זיך מיט איהם באַדונגען מיר אַרײַנצונעמ'ען אין דער ספּעציעלער גרופּע. אָבער גלייך דעם ערשטען טאָג האָט ר' עליע אױטשע זיך ערקונדינט, אַז איך קען אַלין „לייענען", און טראָץ די אַכט רובעל, װואָס ער האָט דערבײַ פֿאַרלאָרען, האָט ער מיר געהייסען זאָגען דעם טאַטען, אַז איך „קען" מײַן שטעטעל אַלײן באַשטעהן".

אַ שעהנינקער בחור'ל פֿון אַ שטעדטעלע, װועלכע הייסט קאַליעלישאַק, אַשמיאנער אויעזד, און מיך האָט ער געהאַלטען פֿאַר די בעסטע תלמידים פֿון זײַן קלענערען שיעור. אונז האָט ער אױועקגעזעצט לעבען זיך: דעם קאַליעלישקער פֿון אײַן זײַט און מיר פֿון דער אַנדערער זײַט. מיר איז אױיסגעקומ'ען צו זיצען צװוישען דעם רבי'ן און דער גרויסער מעשענ'ער מנורה, װועלכע איז געשטאַנען בײַם װואַנט. װוען ער פֿלעגט זיך פֿאַרטיפֿען אין אַ שטיקעל „חריפֿות", און זײַן מוח האָט זיך „געריהרט" װוי אַ בער, פֿלעגען זײַנע הענט זײַן באַשעפֿטיגט מיט אונז. ער האָט אונז געשלעפּט און געשטופּט צו זיך, געשטויסען, געריסען, — אַזױ װוי דאָס װואָלט פֿאַרגרינגערען דעם געבורט פֿון דעם געדאַנק, מיט וועלכען זײַן מוח איז שװוער געגאַנגען צו קינד. מיר זײַנען בײַ איהם געװוען אַזױ װוי די קלאַװוישען פֿון אַ פֿיאַנע, װועלכע אַ קאַמפּאַזיטאָר מוטשעט, סטאַרענדיג זיך אַרױסצוברענגען די מוזיקאַלישע אידעע, װואָס פֿלאַנטערט זיך אין זײַן מוח.

אָפֿט פֿלעגט ער מיר אַזאַ שטופּ טאָן צו דער מנורה, אַז איך פֿלעג דערזעהן דעם זיבעטען הימעל. אום דאָס צו פֿאַרהיטען, פֿלעג איך זיך אַלײן צורוקען צו דער מנורה. אָבער דאָס האָט אױיך ניט געהאָלפֿען, װואָרום ער פֿלעגט מיר אַ שלעפּ טאָן צו זיך און דערנאָך מיט זײַן אײַזערנער האַנט צוריק אַ שטויס טאָן.

אָבער נאָך אַלעמען, איז דאָס בײַ מיר געװוען אַ קלייניגקייט. די ערנסטקייט פֿון זײַן לערנען, זײַן גלייהענדער אינ161טערעס אין דעם ענין, און די שאַרפֿע, טיפֿע לאָגיק זײַנע, פֿלעגען מיר פֿאַרשאַפֿען אַ הויכען גראַד פֿאַרגעניגען. ער פֿלעגט מיך פֿאַר'שיכור'ען מיט גײַסטיגען תענוג. קײַנער פֿון מײַנע חדר מלמדים האָט אױיף מיר אַזאַ װוירקונג ניט געהאַט.

עליע אױטשע'ם װואוינונג איז געװוען גלייך בײַ דער קלייזעל. אַ הויפּעלע, אין דער פֿאַרמע פֿון אַ גאַנץ שמאָלען פֿאַס, איז געװוען די אײַנציגע אָפּטיילונג צװוישען זײ. צוזאַמ'ען מיט דער װואוינונג איז געװוען אַ שפּײַז-קרעמעלע, און די קרעמערקע איז געװוען עליע אױטשע'ם פֿרוי, אַ שעהנע, שעהן-געװואַקסענע, ניט זעהר נעטע װוייבעל.

בײַ דער קרעמעל אָדער אין קלױיז גופֿא פֿלעגט מען עטליכע מאָל אַ טאָג זעהן אַ שװואַרץ-חן'עװודינ'ע אידענע פֿון אַ יאָהר פֿערצינ, מיט קלײַנע שװואַרצע אױגען און אַ קלוגען, צורעקגעהאַלטענ'עם אַבער סימפּאַטיש'ען שמייכעל. איהר נאָמ'ען איז געװוען רחל-רויזעל. זי איז געװוען אַ פֿרומע, אַ „בעל-מצוה'ניצע", און — װוי װוייט איך האָב זיך דאַן אינטערעסירט צו װויסען — האָט זי זיך געצאָרגט פֿאַר די „אָרימע-בחורים", געקראַגען פֿאַר זײ „טעג" און געלט. אַלײן האָט זי איהר פֿרנסה געצויגען פֿון טענדלעריי. פֿון די געלט, װואָס זי האָט געזאַמעלט, האָט זי פֿאַר זיך קײן גראָשען ניט פֿאַרברויכט. די בחורים האָט זי געדינט װוי אַ טרײַע, שטרענגנע מאַמע, און בײַ ר' עליע אױטשע'ז איז זי געװוען אַ מין מיניסטער.

כמעט יערען נאָכמיטאָג, װוען מיר זײַנען אַלע געזעסען און געלערענט, „לייענענדיג" דעם מאָרגענדינ'ען שיעור, פֿלעגט זי אַרײַנקומ'ען, מיט אַ גרויסען שליסעל אין האַנט, קוקען װוי מיר שאָקלען זיך איבער די גמרות און זיך צוהערען צו אונזער גמרא-קולות.

איהר ליבלינג איז געװוען אַ הויכער בחור, װואָס איז געזעסען בײַ אַ „סטענדער" אין אַ װוינקעל. ער האָט געלערענט בוכשטעבליך אָהן אַן אױיפֿהער. מײַסטענס פֿלעגט ער ניט זיצען, נאָר שטעהן. שטעהן, שרײַען מיט אַ הייזעריגען קול, און פּאַטשען אין דער גמרא. זײַן פּנים האָט דערבײַ געהאַט אַ 162פֿיגירליכען אױיסדרוק. ער איז געװוען דער גרעסטער מתמיד אין דער ישיבה.

5
מגידים. — דער אַנטאָקאָליער. — ר' ישראל סאַלאַנטער. — די צװוױי סלוצקער. — חיים רומשעסקער. — דער קעלמער.

איך האָב געלערענט מיט באַגײַסטערונג און געדאַװוענט מיט באַגײַסטערונג. דאָס איז געװוען די צײַט פֿון מײַן העכסטער רעליגיעזער התלהבות. אין מגידים, הױיפּטזעכליך אין מוסר-זאָגער, בין איך דאַן געװוען בוכשטעבליך פֿאַרקאַכט.

סטראַשונער'ם קלייזעל, װאו דער טאַטע און איך האָבען דאָס רוב געדאַװוענט (אױיסער ראש-השנה און יום-כפּור) איז געװוען צו קלײַן פֿאַר אַ מנין. אױיף גאַנץ נאָהענט דערבײַ, אױיף גרויס-סטעפֿאַן גאַס, איז געװוען אַ גרעסערע קלױיז — עפּשטיינ'ם — און דאָרטען פֿלעגט יערען שבת „זאָגען" דער „נאָװואָגאַראַדער" מגיד. ער פֿלעגט זיך פּשט'לען איבער דער סדרה. מוסר האָבען זײַנע דרושים ענטהאַלטען װועניג. דאָך פֿלעג איך איהם אָפֿט געהן הערען.

מעהר מוסר און מעהר פֿייער האָט געהאַט די מגידות פֿון דעם „אַנטאָקאָליער"* — אַ קלײַנער אידעל מיט אַ קלײַנער בערדעל. פֿלעג איך איהם געהן הערען יעדעס מאָל, װוען ער האָט זיך באַװויזען אין שטאָדט. אַמאָל, אין אַן אלול-אָװוענד, האָב איך איהם געהערט אין ר' שׂואל'קע'ם קלױיז, פֿונקט אַנטקעגען ראַם'ם הויז, װאו איז געװוען אַ ישיבה באַלטערמאַנצער'ם חדר. זײַן דרשה איז געװוען אַ קײַט פֿון פּשט'לעך, דורכגעװועבט מיט הייסער רעליגיעזער פֿאַנטאַזיע. זײַנע רייד, און הויפּטזעכליך זײַן אײַנגענאַרטיגער ניגון, האָט אױיף מיר געהאַט אַן אומבאַשרײַבליכע װוירקונג. מײַן הארץ איז צושמאָלצען געװואָרען פֿון פֿרומקייט און פֿון שרעק. איך האָב געקלערט װועגען דער געװועזענער 163שעמערניצע און די צװוױי קאַפּיקעס, װואָס איך בין איהר שולדיג געבליבען. דער פּלאַץ, װאו זי האָט מיט אַ יאָהר צוריק געהאַלטען איהר שעמער, איז געװוען נאָהענט דערבײַ, לעבען ר' שׂואל'קע'ם קלױיז...

* נאָװואָגאַראַד און אַנטאָקאַליע זײַנען צװוױי פֿאָרשטעדטלעך פֿון װוילנא. הײַנט זײַנען זײ שױן אײַגענטליך טיילען פֿון שטאָדט.

אָט װועט באַלד זײַן יום-כפּור. די עבירות צװוישען מענש און גאָט קענען דאַן פֿאַרגעבען װוערען. די עבירות אָבער, װואָס מען באַגעהט געגען אַ מענשען — ניט. זײ קען פֿאַרגעבען נאָר דער, געגען װועמ'ען מען האָט געזינדינגט. הײַנט װוי אַזױ קען איך געפֿינען די געװועזענע שעמערניצע, באַצאָלען איהר דעם חוב און בעטען, זי זאָל מיר מוחל זײַן?

דעם מגיד'ס ניגון האָט מיר געשמיסען, װוי אַ בײַטש, און איך האָב זיך צוגעהערט, געשלונגען זײַנע װוערטער און געשלונגען מײַנע טרעהרען.

דערנאָך האָב איך די גאַנצע דרשה מיט באַגײַסטערונג איבערגעזאָגט פֿאַר מײַן טאַטען און פֿאַר אַ פֿאַר פֿון מײַנע חברים. אין ר' שׂואל'קע'ם קלױיז פֿלעגען גוטע מגידים געהן „זאָגען" גאַנץ אָפֿט, און איך האָב זײ אַלעמען געהערט. ימים-נוראים צײַט איז געװוען אַ מגידים-יאַריד. מען האָט גע'מוסר'ט אין פֿולע קלױיזען. און אין דעם יאָהר, װועגען װועלכען איך רייד דאָ, האָב איך ניט פֿאַרפֿעהלט קײן אײַן מגיד. אױיב איך האָב אײַנעם ניט געהערט אין אײַן קלױיז, האָב איך איהם געכאַפּט אין אַן אַנדערען.

אין ר' שׂואל'קע'ם קלױיז האָב איך אַמאָל, אין אַ מיטען װואָכינ'ען נאָכמיטאָג, געהערט פֿון איהם דעם גרויסען ר' ישראל סאַלאַנטער; דעם באַריהמטען מוסר'ניק האָב איך אָבער ניט פֿאַרשטאַנען. מײַן זכרון-בילד פֿון איהם שטעלט פֿאַר אַ אידעל מיט אַ שעהנעם רויטליכען פּנים, מיט אַ קײַלעכדינער גרויער בערד, ניט קײן הויכער, מיט בריטליכע פֿלייצעס. איך געדענק זײַן שטימע, הויפּטזעכליך, װוי זי האָט געקלונגען בײַם ענד, װוען ער האָט געשלאָסען מיט די װוערטער „חדש ימינו כקדם!" אז דער עולם האָט די דאָזיגע װוערטער נאָכגעזאָנגט, װוי ער פֿלעגט פֿאָדערען, — דאָס געדענק איך ניט.

דער דאַמאָלסדיגער װוילנער שטאָדט-מגיד איז געװוען אַ 164שלאַנקער אַלטער מאַן מיט אַ װוייסער באָרד, אַ גרויסער למדן, אַ שטילער מענש. איהם האָב איך אױיך װועניג פֿאַרשטאַנען; אָבער דאָס איז געװוען צוליב זײַן אַקצענט. ער איז געװוען פֿון דובנע (דער באַריהמטער „דובנער מגיד" איז שױן לאַנג געװוען טויט), און זײַן װואָלינער אידיש האָט מיר געקלונגען כמעט װוי אַ פֿרעמדער לשון.

גוטע מגידים האָט מען אױיך געקענט הערען אין זאָװועל'ם שוהל, דער גרעסטער רעליגיעזער צענטער פֿון דעם פֿעדערמאַרק געגענד. דאָרטען בין איך באַקאַנט געװוארען מיט די מגידות פֿון ביידע „סלוצקער", צװוױי ברודער, װועלכע זײַנען דאַן געװוען באַריהמט איבער גאַנץ ליטא. אײַנער פֿון זײ איז געװוען אַ קריפּעל, און װוען ער פֿלעגט אָנהויבען דרשנ'ען אױיף אַ נײַע פּלאַץ, פֿלעגט ער זיך פֿאָרשטעלען פֿאַר'ן עולם מיט די פֿאָלגענדע װוערטער: „איהר האָט געהערט פֿון דעם הר הזתים, איהר האָט געהערט פֿון דעם הר גריזים, איצט װועט איהר הערען פֿון דעם הר הארבול" (אַזױ פֿלעגען רוסישע אידען אױיסרײַדן דעם רוסישען װוארט „הארבון" — אַ הויקער). זײַן ברודער איז געװוען אַ שעהנער איד, און עטװואָס אַ הײַנטינער. דעם „הארבול" געדענק איך אָבער בעסער. הגם פֿון די צװוױי דרשות, װואָס איך האָב פֿון איהם געהערט, איז מיר אױיך גאָרניט איבערגעבליבען.

אין זאָװועל'ם שוהל איז געװוען טעטיג חיים רומשעסקער. „זאָגען" פֿלעגט ער אין דער שוהל גופֿא. אָבער אײַנמאָל אַ װואָך פֿלעגט ער לערנען מיט אַ גרופּע בעל-מלאכות און אַנדערע פּראָסטע מענטשען, און דאָס פֿלעגט ער טאָן אין אַ נעקסטען צימער, װאו מען האָט געדאַװוענט אין מיטען װואָך.

חיים רומשעסקער איז געװוען די אינטערעסאַנטסטע פֿיגור צװוישען אַלע מגידים, װואָס איך האָב װוען עס איז געהערט. ליידער האָב איך איהם גענומ'ען פֿאַרשטעהן און אָפּשאַצען ערשט מיט יאָהרען שפּעטער, און װוען איך האָב איהם שױן מעהר ניט געקענט הערען אָדער זעהן. ער איז געװוען אַ פֿאָלקס-מענש, און איך גלױיב, אַז פֿון איהם װואָלט זיך געקאָנט ענטװויקלען אַ טאַ165לאַנטפֿולער בעלעטריסט, װואָרים ער האָט געהאַט אײַנבילדונגס-קראַפֿט און אױיך הומאָר. זײַנע משלים זײַנען געװוען פֿאַרברײַכע רעאַליסטישע בילדער, און זײַנע פֿאַרטײַטשונגען און ערקלערונגען — אָפֿט זעהר װויציגע — האָבען ענטהאַלטען אַ סך װוערטער און װוערטלעך, און װועלכע האָבען מעהר שייכות צום טעגליכען לעבען, װוי צו טויטע ספֿרים. אַלץ איז בײַ איהם געװוען אין דער פֿאַרמע פֿון סצענקעס, װואָס ער האָט גענומ'ען פֿון דער אַרומיגער װועלט.

איך ערינ'ער זיך, צום בײַשפּיל, װוי ער האָט געגעבען אַ משל מיט אַ בעל-עגלה'ם אַ משרת אַ גראָבען יונג. דער משרת מאַכט אָן אונאַנגענעהמ'ען לערום, און דער אײַדעלער בעל-עגלה'ם קען דאָס ניט פֿאַרטראָגענ'ע. דערבײַ האָט ער אױיפֿגעמאַלען אַזאַ לעבעדיגען בילד, אַז איך האָב זײ ביידען געזעהן, װוי פֿאַר די אױגען.

— ער געהט מיט זײַנע גרויסע, גראָבע שטיװועלעם. קליאַפּ! קליאַפּ! קליאַפּ! — האָט ער פֿאַרגעשטעלט.

דעם „קליאַפּ! קליאַפּ! קליאַפּ!" האָט ער אַרױסגעערעדט לאַנגזאַם, הױיך און טעאַטראַליש. עס האָט געהילכט דורך דער גאַנצער שוהל, און צו דער זעלבער צײַט האָט ער מיט די הענט און מיט די אױיגען און מיט אַ ספּעציעלער שאַרפֿקייט אין דער אױיסשפּראַך אָנגעדײַטעט, װוי דער משרת שפּרײַזט מיט זײַנע גראָבע שטיװועל.

דער משל האָט אין זיך געהאַט אַ שטיק הומאָר, און דער עולם האָט זיך צולאַכט אױיפֿ'ן קול. ליידער געדענק איך ניט, אין װואָס דער שפּאַם איז באַשטאַנען.

אױיגען האָט חיים רומשעסקער געהאַט גרויסע, אַרױיס-שטאַרצענדינע. און װוען ער פֿלעגט עפּעס שילדערען, פֿלעגט ער זײ אַזױ אױיסשטעלען, אַז זײ פֿלעגען אין דער סצענקע אַרײַנגעבען אַ זאַנדערבאַרע קראַפֿט.

בײַ די מאַסען איז ער געװוען זעהר פּאָפּולער. לומדים אָבער האָבען אױיף איהם געקוקט פֿון אױיבען אַראָפּ. „בדחן" פֿלעגען זײ איהם רופֿען. פֿונדעסטװועגען פֿלעגען זײ זײַנע דרשות געהן הערען.

166אַמאָל פֿלעגט ער זיך ערלױיבען אַן אױיסדרוק אָדער זאָגאַר אַ גאַנצען משל, װועלכען זײַנע קריטיקער פֿלעגען האַלטען פֿאַר אונאַנשטענדיג. איך געדענק, צום בײַשפּיל, װוי ער האָט ערקלערט דעם אונטערשיד פֿון אַ קעפּם-װוייב און אַ געזעצליכע פֿרוי, און װוי מײַן פֿאַטער האָט דערנאָך װוענען דעם גערעדט מיט עקעל.

ער איז געװוען אַ הויכער, און אין דעם הויכען קאַפּעלוש, װואָס ער פֿלעגט אימער טראָגען, האָט ער אױיסגעזעהן, װוי אַ ריז, אין מײַנע אױיגען. ער האָט געהאַט אַ גרויסען נאָמ'ען, אָבער ניט װוי אַנדערע באַריהמטע מגידים. ער איז געװוען אַ באַזונדערע פֿערזענליכקייט, און זײַן באַריהמטקייט האָט געהאַט אַ באַזונדערען כאַראַקטער.

דער באַריהמטער קעלמער מגיד האָט מיר היפֿנאָטיזירט, אָבער צום באַדױיערן האָב איך איהם מעהר װוי אײַנמאָל ניט געהאַט קײן געלעגענהייט צו הערען. אײַן װוילנא איז ער געװוען ניט קײן אָפֿטער גאַסט, און די דרשה, װואָס איך האָב געהערט פֿון איהם, איז געװוען די לעצטע, װואָס ער האָט געהאַלטען אין יענעם באַזוך זײַנעם. דאָס איז געװוען אין אַ שוהל אָדער קלױיז לעבען גרינעם בריק, דאַכט זיך. און דער אײַנטריט-פּרײַז איז געװוען דרײַ קאַפּעיקעם. איך געדענק גוט זײַן באַריהמטען ניגון און דעם פֿלאַמ'ענדען כאַראַקטער פֿון די מוסר-אַטאַקעס, װואָס ער האָט געמאַכט אױיף די הערצער פֿון רעליגיעזע צוהערער. איך געדענק די היסטעריע פֿון רעליגיעזער פֿאַרװוירונג ביז שרעק. דעם אינהאַלט אָבער פֿון זײַנע רייד געדענק איך לײַדער ניט. אױיך האָב איך ניט קײן גאַנצען קלאָרהען בילד פֿון זײַן אױיסערליכען אױיסזעהן: אַ ברייט-בײַנערדינער, מיט אַ שװואַרצע בערדעל, ניט קײן גרויסע, מיט סאָרע, ניט קײן שעהנע אױיגען אין אַ ברייטליכען, ניט קײן שעהנעם פּנים. אַזױ איז ער פֿאַרבליבען אין מײַן געדעכניס. איך בין אָבער ניט זיכער אַז אַזױ האָט ער װוירקליך אױיסגעזעהען.

מיר האָט זיך געדוכט, אַז זײַן אױיסזעהען װואָלט זיך בעסער געפּאַסט פֿאַר אַ בעל-עגלה — אַזױ װוי זײַן אמונה-פֿייער און 167זײַן מוסר-צאָרן װואָלט געװוען אַן אָפּגעטיילטע, באַזונדער שוועבענדע זאַך.

6
בר-מצוה.

עס איז געװואָרען נאָהענט צו מײַן בר-מצוה, און איך האָב געדאַרפֿט זיך נעמ'ען גרייטען צו אַ דרשה. געװועהנליך פֿערטיגט דעם אינגעל צו דער רבי, בײַ װועמ'ען ער לערנט. אָבער אַ ראש ישיבה באַשעפֿטיגט זיך מיט אַזעלכע זאַכען ניט. האָט די אַרבייט אױיף זיך גענומ'ען מײַן פֿריהערדיגער רבי, ישעיה באַלטערמאַנצער, בײַ װועמ'ען איך האָב אָפּגעלערנט דרײַ יאָהר.

עס איז פֿאַראָן עפּעס אַ ספֿר — גרויס װוי אַ גמרא — פֿון װואַנען מען האָט געשעפּט אַלע דרשות אַזעלכע. אַלזאָ, האָט ר' ישעיה פֿון דאָרטען גענומ'ען אַ בר-מצוה'דיגע פּלפּול פֿאַר מיר. עס איז זיך נאַטירליך געהאַנדעלט װוענען לייגען תפֿלין, און עס איז געװוען אַ געװועב פֿון פּשט'לעך איבער אַ גמרא מיט פֿירושים; אָבער אַלץ װואָס איך געדענק פֿון דער דרשה איז דעם נאָמ'ען „שאגת אריה" און דעם ציפֿער 37. זי האָט זיך אָנגעהויבען מיט אַ שטיקעל פֿון אַ „דף ל"ז" אין אײַנער פֿון יענע מסכתות, װועלכע מען לערנט ניט אין קײן חדר און זעלטען אין אַ ישיבה — „זבחים", דאַכט זיך. ר' ישעיה האָט דאָס מיט מיר איבערגעלערענט אַ פֿאַר מאָל. דערנאָך האָב איך דאָס אַלײן װוידערהאָלט עטליכע מאָל, ביז איך האָב די דרשה געקענט אױיף אױיסװוענדיג.

איך האָב זיך אױיך צוגעפֿערטיגט צו לייענען די הפֿטורה אין שוהל — די הפֿטורה פֿון דעם שבת פֿון מײַן בר מצוה. צו דעם האָב איך זיך אין קײן הילף ניט גענויטיגט.

דער שבת איז געקומ'ען. די צערעמאָניע איז געפֿראָװועט געװוען אין סטראַשונער'ם קלייזעל — אין דעם אױיבען דערמאָנטען סטראַשונער'ם הויף, װועלכער איז געשטאַנען כמעט אַנטקעגען זשירמונסקי'ס הויף. איך געדענק דעם טאַטענ'ס „ברוך שפּטרני" און װואָס ער האָט צו מיר געזאָגט װוען מיר 168זײַנען געגאַנגען פֿון דאַװונען, צוזאַמ'ען מיט עטליכע אידען, װועלכע ער האָט אײַנגעלאַדען צו דער שׂמחה; ער האָט מיר געהייסען זיך אַרײַננעמ'ען אין זינען אַז פֿון איצט אָן בין איך שױן אַ איד פֿאַר זיך, ניט קײן אינגעלע מעהר, נאָר אַ פֿאָלנער מענש!

די שׂמחה איז פֿאַרגעקומ'ען אין אונזער שענק. אַזױ װוי עס איז געװוען שבת, איז די גאַס-טיר געװוען צוגעמאַכט, און קײן זײַטיגע מענשען זײַנען ניט אַרײַנגעקומ'ען. צו דעם גרויסען טיש, װואָס איז געשטאַנען בײַ דער רוטער שלאַפֿ-באַנק, האָט מען צוגענומ'ען דעם קלענערען טיש. עס האָט זיך אָנגעקליבען אַן עולם פֿון אַ פֿאַר צעהנדלינ'ע מענשען: קרובים, שכנים, גוטע פֿריינד. ישעיה באַלטערמאַנצער איז, נאַטירליד, געװוען צװוישען די אײַנגעלאַדענע. עליע אױטשע — ניט. אפֿשר איז מײַן פֿאַטער ניט געװוען נאָהענט גענונ באַקאַנט מיט איהם — איהם אײַנצולאַדען. צװוישען די געסט איז אױיך געװוען דעם טאַטענ'ס אַמאָליגער רבי.

איך האָב אָפּגעזאָגט מײַן דרשה: מען האָט מיר געגעבען די געװועהנליכע קאָמפּלימענטען; מען האָט גענטראָנקען, צוגעביסען, געשמועסט, געזאָנגט תורה, געזאָנגט װויצען אױיף מײַן חשבון, און איך בין געװואָרען אַ בר מצוה אינגעל.

מיר האָט זיך געדוכט, אַז דאָס װואָס ביז אַהער איז געװוען, איז אײַנס, און דאָס װוייטערדיגע איז גאָר אַנאַנדער זאַך. איך בין גאָר אַנאַנדער מענש.

7
מײַן ברודערעל. — אַ נײַע מיליטער-סיסטעם.

דעם נעקסטען װוינטער איז געבאָרען געװואָרען אַ ברודער צו מיר — מיט מײַן מאַמע'ם רוטע האָר און מיט איהר שעהנעם פּנים. אין אַ דאָנערשטאָן אָװוענט איז דאָס געװוען, װואָרים איך געדענק װוי די מאַמע פֿאַרקנעט די חלה אױיף שבת, מיט אַן אױיסדרוק פֿון פֿאַרשטיקטע שמערצען. באַלד איז די היבאַם געקומ'ען.

169נאָך אַ סמן, אַז דאָס איז געװוען דאָנערשטאָג בײַנאַכט: גלייך װוי מען האָט מיר געװויזען מײַן ברודערעל, בין איך אַװועקגעלאָפֿען פֿון שטוב צו דעם „משמור", װואָס איך פֿלעג לערנען יעדען דאָנערשטאָג בײַנאַכט. דער משמור איז געװוען אין „חסיד'ם מנין" (די קלױיז פֿון דעם װוילנער גאון), װואו פֿילע אינגעלאָך פֿלעגען יעדען נאַכט פֿאַרברענגענ'ען אין לערנען און שטיפֿען. אַ פֿינסטערער װוינטער נאַכט איז דאָס געװוען. איך געדענק װוי איך בין געגאַנגען דורך „די יאַטקעס" — ניט געגאַנגען, נאָר געלאָפֿען. זאָלען די אַנדערע אינגעלאָך זעהן אַז איך היפּ ניט איבער דעם משמור.

װוען די היבאַם האָט מיר געװויזען מײַן רויט-העריגען ברודערעל, האָט זי צו מיר געזאָגט:

— אָט האָסטו אַ ברודערעל! איצטער ביסטו שױן בילינער. ביסט אױיס בן יחיד!

דאַסזעלבע האָב איך דערנאָך געהערט פֿיל מאָל. יעדער און יעדע, װואָס איז אַרײַנגעקומ'ען אָפּגעבען אַ מזל טוב און אַ קוק טאָן אױיף די קינפעטאַרין מיט'ן נײַ-געבאָרענעם קינד, האָט מיר מודיע געװוען אַז איך האָב שױן ניט מיט װואָס זיך גרויס צו האַלטען; אַז איך בין געװואָרען בילינער.

מײַן ברודער איז אָבער געװוען אַ גוטער גאַסט בײַ מיר. איך האָב זיך אין איהם גלייך אײַנגעליבט. איך האָב איהם געלאַסטשעט, געפּלאָפּעלט און געזונגען צו איהם. אַזױ װוי ער האָט נאָך ניט געהאַט קײן נאָמ'ען, האָב איך די ערשטע װואָך איהם גערופֿען „ברודער". געזאָגט ליבעס-װוערטער צו איהם און געזונגען: „ברודער, ברודער, ברודער!"

מען האָט איהם אַ נאָמ'ען געגעבען יצחק, נאָך ר' איציקעל סירװוינטער, אַ רב, בײַ װועלכען מײַן פֿאַטער האָט געלערנט בחור-װוייז, און צו װועלכען ער האָט געהאַט אַ באַזונדערען רעספּעקט.

יענעם יאַנואַר — 1874 — איז אַרײַן אין קראַפֿט דער נײַער „אוסטאַװו" (געזעץ) װועגען מיליטער דינסט. פֿריהער פֿלעגט דער קהל פֿון יעדער שטאָדט אָדער שטעדטעל 170דאַרפֿען צושטעלען אַ באַשטימטע צאָהל רעקרוטען, און דער רעגירונג האָט ניט אױיסגעמאַכט װוי אַזױ מען האָט זײ באַקומ'ען. אַ רײַכער האָט זיך אָפּגעקויפֿט מיט געלט, אָדער ער פֿלעגט אָנשטאָט זיך שטעלען אַנאַנדערען. לויט דעם נײַעם געזעץ אָבער, האָט יעדער 21-יעהריגער מאַנספּערזאָן זיך נעמ'ען שטעלען צום „פּריזיװו". און אָפּקויפֿען זיך אָדער שטעלען אַנאַנדערען פֿאַר זיך האָט מען שױן ניט געקענט. עס זײַנען געװוען „לגאָטעם" (ספּעציעלע פֿאַרגינ'ערונגען), פֿאַר אַ בן יחיד, למשל,

בײַ דעם פֿריזיװו האָט יעדער געצויגען אַ נומער, און מען האָט די קאַנדידאַטען באַקוקט און באַטראַכט כּסדר, פֿון נומער איינס אָן. אַלזאָ, איז מעגליך געװוען, אַז די פֿריזיװו בעאַמטע זאָלען באַשטימ'ען אַ גרויסע צאָהל סאָלדאַטען אײדער עס איז צוגעקומ'ען צו אַ נעױיענעם נומער, און אַלע קאַנדידאַטען, װואָס זייערע נומערען זײַנען געװוען העכער, זאָלען בלייבען פֿרײַ.

װועגען דעם נײַעם „אוסטאַװו" האָט מען ניט אױיפֿגעהערט צו ריידען. מען האָט אױיך אָפֿט געהערט די װוערטער „נײַער סטעמפּ" (סיסטעם) און אידען האָבען צוזאַמ'ענגעמישט דעם װואָרט „סיסטעם" מיט דעם װואָרט „אוסטאַװו". אומעטום האָט מען געטאַלקעװועט װועגען דעם נײַעם „סטעמפּ" אָדער דעם „נײַעם סטאַפֿ". יעדע פֿאַמיליע, װואָס האָט געהאַט אַ זוהן, איז געװוען צוטראָגענ'ע. דער װואָס האָט נאָר געקאָנט לעזען רוסיש, האָט געהאַט אַן אַרבייט צו לייענען און פֿאַרטײַטשען דעם „נײַעם סטעמפּ". און אַזעלכע „קענער" זײַנען דאַן קײן סך ניט געװוען.

אין דער פֿלאַשטשאַדקער ישיבה בין איך געװוען דער אײַנציגער, װואָס האָט געקענט „גוט לייענען רוסיש". אײַנמאָל, װוען איך בין געקומ'ען צום שיעור, זאָגט עליע אױטשע צו מיר:

— איך װוארט טאַקע אױיף דיר. קענסט טאַקע לייענען רוסיש? אדרבא, װוייז װואָס דו קענסט! אָט איז דער נײַער סטעמפּ. נאַ לייען און זאָג מיר װואָס דאָ שטעהט!

ער האָט אין האַנט מיר דערלאַנגט דעם נײַעם „אוסטאַװו".

אײדער איך האָב גענומ'ען לעזען, האָט ער אַרױסגעשיקט אָנזאָגען עטליכע פֿון די שכנים. אַ חוץ די ישיבה בחורים, האָט זיך 171אַלזאָ אָנגעקליבען אַן עולם פֿון עלטערע מענשען.

— זעה נאָר, אַז דו זאָלסט גוט פֿאַרטייטשען. נאַר זיך ניט און נאַר ניט דעם עולם, — האָט ער געזאָגט מיט זײַן שמייכעל, — אַז ניט, װועסטו זיך בײַ מיר ניט נאַרען.

איך האָב גענומ'ען לעזען און פֿאַרטייטשען. עס זײַנען געפֿלױגענע פֿראַגען. אײַניגע שטעלען האָב איך אַלײן ניט פֿאַרשטאַנען, אָבער דאָס רוב האָבען די עלטערע צוהערער פֿון אײַן װואָרט, װואָס איך האָב פֿאַרטייטשט, פֿאַרשטאַנען אַ גאַנצען זאַץ, און זײ האָבען מיר אױיסגעהאָלפֿען. איך — סך הכל איז אָפּגעגאַנגען גלאַט. ר' עליע אױטשע האָט מיר געגעבען אַ מערדערליכען קניפּ אין באַק און אַ שטויס אין זײַט. דאָס איז געװוען זײַן קאָמפּלימענט פֿאַר מײַן ערפֿאָלג.