בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

פֿינפֿטער קאַפּיטל

„אַ הפֿקר יונג"

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 172–201), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 172 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
מיר פֿאַרלאָזען דעם שענק. — מען מאַכט מיר פֿאַר אַ בעל מלאכה.

172דעם פֿעטער אריה לייב'ם געשעפֿטען זײַנען די לעצטע פֿאַר יאָהר געגאַנגען בערג-אַראָפּ. דעם פּאָדװאַל האָט ער שױן אױיפֿגעגעבען. אַ געװוױיסע צײַט האָט איהם געהאַלטען ליזער הענאַך, דער חזן, און ער איז אױיך לאַנג אין איהם ניט פֿאַרבליבען. ער האָט מיט דעם געשעפֿט זיך אַריבערגעקליבען אױיף אַנאַנדער פּלאַץ. דעם שענק, װאו דער פֿאַרדינסט האָט זיך געקלענערט, האָט מען פֿאַרדונגען צו אַ יונגען פֿאָרפֿאָלק פֿאַר אַ דירה. די ענדערונג האָט אױיף מיר געמאַכט אַ שאַרפֿען אײַנדרוק. יעדע ענדערונג האָט אױיף מיר אַזױ געװוירקט. איך האָב געבענקט נאָך'ן פֿאַרדונגענ'ען שענק, און נאָך די סצענעס, װואָס פֿלעגען דאָרטען פֿאָרקומ'ען.

דער שענק האָט איצט געהערט צו מײַנע עלטערען; אָבער קײן גליקען האָבען זײ מיט איהם ניט געמאַכט. זײ האָבען זיך געװואָרפֿען װוי אַ פֿיש אין אַ נעץ. די מאַמע פֿלעגט זיצען ביים טיש-קעסטעל מיט צוזאַמ'ענגעדריקטע ליפֿען, מיט אַ פֿאַרטראַכטער מינע, און דער טאַטע פֿלעגט זיך גאַנצענע טעג אַרומגעהן איבער'ן שענק מיט אַ פֿאַר'חשך'טען פּנים, מיט אַ טראַגישען בליק אין זײַנע שװוארצע אײַנגעגראַבענע אױגען.

ענדליך האָבען זײ דעם שענק אױיפֿגעגעבען. זײ האָבען זיך באַזעצט אין אַ קאַמער אין פּרײַס'עס הויף, דער צװוייטער פֿון זשירמונסקי'ס, צו זאַװואַלנער גאַס צו. דער טאַטע האָט באַקומ'ען אַ שטעלע אַלס בוכהאַלטער אין אַן אָגולנעם פּראָדוקט-געשעפֿט, װועלכער האָט אימפּאָרטירט סחורה פֿון קרים און פֿון 173זיד-אייראָפּעאישע לענדער. זײַן געהאַלט איז געװוען קליין. ער האָט זיך אָבער געשעצט גליקליך װואָס ער איז באַפֿרײַט געװואָרען פֿון זײַנע קאָפּ-דרעהענישען.

איך פֿלעג צו איהם אָפֿט קומ'ען. דער ריח פֿון אַפֿעלסינען, ברױינע עפֿעל פֿון װוייטע געגענדען און װוײַנטרױיבען איז געװוען אַנגענעהמ'ע, אָבער דער אונפֿרײַנדליכער פּנים פֿון דער שװוארץ-אױיגיגער, זעהר דאָרער באַלעבאָסטע, האָט אױיף מיר געאָטהעמט מיט פֿראָסט, און איהר שטאָלצע באַציהונג צו מײַן פֿאָטער האָט מיר פֿאַרביטערט מײַן לעבען אין יענע װואָכען.

פֿילע יאָהרען שפּעטער, װוען איך בין שױן געװוען אין אַמעריקא, האָב איך אין דאָסטאָיעװוסקי'ס ראָמאַן „די ברידער קאַראַמאַזאָוו" געלעזען װועגען די יסורים, װואָס אַ אינגעל האָט געהאַט װוען אימעצער האָט באַליידיגט און ערנידעריגט זײַן פֿאָטער. איך האָב זיך גלייך דערמאַנט אָן די יסורים, װואָס איך פֿלעג האָבען אין יענעם פֿרוכט-געװועלב. די דאָרע, שװוארץ-אױיגיגע באַלעבאָסטע האָט מײַן טאַטען אײַגענטליך קײַנמאָל ניט באַליידיגט. זי האָט איהם קײַנמאָל ניט גערופֿען אַנדערש װוי „ר' שכנא", און אָדער קײַנמאָל ניט אָהן אַ געװוױיסען רעספּעקט אין קול טאָן. אָבער צוזאַמ'ען מיט דעם האָט אױיך געקלונגען אין טאָן פֿון אונגעצופֿרידענהייט און פֿאַראַכטונג. אַלס בוכהאַלטער האָט ער געהאַט װועניג אַרבייט. מען האָט ערװואַרטעט אַז ער זאָל העלפֿען אַלס פֿאַרקויפֿער אױיך, און צו דעם האָט ער זיך ניט געטויגט.

דאָס רוב פֿון די פֿרוכט איז געקומ'ען פֿון דרום-געגענדען, און אין דיזען געװועלב האָב איך צום ערשטען מאָל געהערט די נעמ'ען פֿון אַזעלכע שטעדט װוי טריעסט, יאַלטא, סימפֿעראָפּאָל. הויפּטזעכליך טריעסט.

פֿון פּרײַס'עס הויף האָבען מיר זיך איבערגעקליבען אין שלמה קיסין'ם הויף. דאָרטען, אױיפֿ'ן ראָג פֿון די צװוױי זאַװואַאוליקעס, האָבען עטליכע טרעפּעלאָך געפֿיהרט אין דער אכסניה פֿון אַן אַלטער אלמנה, װועלכע איז געװוען באַקאַנט אַלס 174„די אולאַנערקע". בײַ איהר איז געװוען אַ פֿרײַער צימער, און דאָס איז געװוען אונזער נײַע דירה.

מײַן פֿאָטער האָט זײַן שטעלע אין דעם פּראָדוקט-געשעפֿט לאַנג ניט אָנגעהאַלטען. ער איז געבליבען אָהן פֿרנסה, און עטליכע מאָנאַטען האָט די מוהמע פֿײַגע און מײַן פֿעטערסבורגער פֿעטער, חיים לייב, אונז אױיסגעהאַלטען.

דאַן האָט מען גענומ'ען שטעלען פֿראַגען װועגען מײַן צוקונפֿט. װואָס װועט זײַן דער תכלית?

— האָסט דאָך אַ שפּיגעל פֿאַר זיך — האָט די מאַמע צו מיר געזאָגט צעהן מאָל אַ טאָג. דער „שפּיגעל" איז נאַטירליך געװוען דער טאַטע. צו דען װויל איך אױיסװואַקסען אַזאַ לא יוצלח װוי ער?

עס איז געװוען נאָהענט צו פּסח, דער סוף פֿון מײַן צװוייטען זמן אין דער פֿלאַשטשאַדקער ישיבה. דער טאַטע, די מאַמע, די מוהמע, דער פֿעטער מיכל, דער זיידע — אַלע זײַנען געװוען אײַנפֿאַרשטאַנען, אַז איך מוז זיך לערנען אַ מלאכה, אַן „אײַדעלע", נאַטירליך. דער זוהן פֿון מײַן פֿעטער'ס אַ באַקאַנטען איז געװוען אַ שניצער, אַן אױיסגעצייכענטער בעל מלאכה און אַ גוטער פֿאַרדינער; איז געבליבען אַז איך זאָל אָנקומ'ען צו איהם. דער טאַטע האָט באַזוכט זײַן װוארשטאַט (דאָס איז געװוען אױיף אַ באַקסט-גאַס), גלייך אַנטקעגען דעם אַרײַנגאַנג צו דער אַראָפּ-באַרגיגער גאַס, װואָס פֿיהרט צו זאַרעטשיע). קומ'ענדיג צוריק, האָט ער מיט ענטציקונג דערצעהלט װועגען דער אַרבייט װואָס ער האָט דאָרטען געזעהען.

איך בין צום שניצער אָנגעקומ'ען גלייך נאָך פּסח. מיר איז געװוען קאַלעמוטנע אױפֿ'ן הארצען. איך האָב זיך געפֿיהלט דעגראַדירט, אַראָפּגעװוארפֿען אױיף אַ נידעריגערען לעבענס-שטאַפּעל. די שניצערייען, װואָס איך האָב אַרום זיך געזעהען, האָבען מיר ניט אינטערעסירט. דאָס װואָס מײַן פֿאָטער האָט דאָרטען באַװואונדערט, האָט מען שױן סײַ-װוי-סײַ צוגענומ'ען, און די הויפּט אַרבייט איז איצט באַשטאַנען אין אױיסשניצען די האָלץ פֿון געװועהנליכע שטוהלען.

175דער עלטסטער בעל מלאכה, אַ שעהנער יונג, װועלכער האָט שױן אױיסגעדינט זײַן טערמין און געאַרבייט פֿון װואָך, האָט אין אײן האַנט געהאַלטען אַ דלאָט אין דער פֿאַרמע פֿון אַ גראָבען נאָגעל, און מיט דער פֿױיסט פֿון דער אַנדערער האַנט האָט ער געקלאַפּט אין איהם; דאָס האָט דעם געצייג געטריבען איבער אַ פֿיסעל פֿון אַ שטוהל און אין איהר אױיסגעשניצט אַ קײַלעכדיגען קאַנאַל. דערבײַ האָט דער בעל-מלאכה צוגעזונגען אין טאַקט צו די קלעפ פֿון זײַן פֿױיסט. דער נגון איז געגאַנגען אין אָפּגעהאַקטע געצעהלטע טענער. ער איז געװוען צוגעפֿאַסט צו זײַן אַרבייט.

אױיסער מיר, זײַנען געװוען נאָך צװוױי אינגלעך. אײַנער פֿון זײ האָט מיר באַהאַנדעלט װוי אַ „דיאַדקאַ" באַהאַנדעלט אַ נײַעם סאָלדאַט. און דאָס האָט מיר געערגערט אָהן אַ שיעור. דער בעל הבית האָט מײן פֿאָטער צוגעזאָגט מיר צו נעמ'ען לערנען די מלאכה אױיפֿ'ן שטעל. ער האָט אָבער זײַן װואָרט ניט געהאַלטען. די ערשטע טעג איז מײַן אַרבייט באַשטאַנען אין טראָגען טײַלען פֿון שטוהלען פֿון אַ מעבעל-מאַכער צו דעם שניצער און דערנאָך צוריק צום מעבעל-מאַכער. גײַענדיג מיט מײַן משא אױיפֿ'ן גאַס האָב איך געציטערט, טאָמער באַגעגענען מיך אַ שכן. מײַן באַשעפֿטיגונג איז פֿאַר מיר געװוען אַ שאַנדע. איך, אַ בעל-הבת'ישער אינגעל, אַ רב'ם אַן אײַניקעל, זאָל שלעפֿען שטומהאָלץ! װוען מען װואָלט דאָרטען געמאַכט די מערקװוירדיגסטע קונסט-װוערק, װואָלט מיר אױיך אױיפֿ'ן האַרצען ניט בעסער געװואָרען.

2
אױיס בעל מלאכה. — אין ראָמײַלע'ם קלױיז. — אין חסיד'ם מנין.

פֿרײַטאָג אין דער פֿריה האָט דער בעל הבית זיך גענומ'ען צו אַ װויכטיגער שטיקעל אַרבייט: אַ ברעט, אױיף װועלכער מען האָט באַדאַרפֿט, לױיט אַ צייכענונג, אױיסשנײַצען אַ פֿילפֿאַכע בלומען-פֿיגור.

176עס איז אַרײַנגעקומ'ען אַ שװוארץ-חנ'עװודיגע מײַדעל, דעם בעל-הבית'ם אַ שװועגערין.

— װואָס איז דאָס? — האָט זי געפֿרעגט, צוקוקענדיג זיך צו זײַן אַרבייט.

אױיף דעם האָט ער איהר געענטפֿערט מיט אַ סקאַנדאַליעזען װואָרט. זי האָט אַראָפּגעלאָזען די אױגען, אָבער שטאַרק אין כעס װוי איך בין ניט געװוארען. זי איז שױן מסתּמא געװוען צוגעװואוינט צו אַזעלכע װוערטער.

בײַ מיר אָבער האָבען די באַקען זיך צופֿלאַמט פֿון דעם װואָרט. צו אַזױ לשון בין איך ניט געװואוינ'ט געװוען. און דער געדאַנק, אַז דאָס איז די װועלט, צו װועלכער איך דאַרף איצט געהערען, איז מיר געװוען שרעקליך.

עטליכע מינוטען שפּעטער האָט דער בעל הבית אױיפֿגעהערט צו אַרבייטען, אַרױיפֿגעכאַפּט אױיף זיך די תּפֿלין און אָנגעהויבען צו דאַװונען שטילערהייט. אין אַ מינוט אַרום איז ער צוגעגאַנגען צו אַ װוינקעל, װואו עס איז געלעגען די מצה, װואָס איז איבערגעבליבען פֿון פּסח. ער האָט אָפּגעבראָכען אַ שטיקעל מצה און גענומ'ען קײַען — אין מיטען דאַװונען און אין די תּפֿלין.

דאָס האָט צוגעגאָסען בױימעל צו מײַן האַס. אַזױ גראָבער יונג! אַזױ װוילדער בריאה!

שפּעטער נאָכמיטאָג, װוען עס איז געקומ'ען די צײַט צו געהן אַהיים, האָט דער בעל הבית מיר צוגערופֿען צו זיך.

— איך האָב געהערט, אַז דו קענסט לייענען און שרײַבען רוסיש. איז דאָס אמת?

— יע.

— אױיב אַזױ, טאָ זאָג מיר װויפֿיל דאָס איז.

מיט די רייד האָט ער מיר צוגעפֿיהרט צו דעם עלמעריל, װואו מען האָט געהאַלטען די געצײַג. אױיף אַ זײַט פֿון דעם עלמעריל זײַנען מיט קרײַט געװוען אױיפֿגעשריבען צװוױי ציפֿער. ער האָט מיר אָנגעװויזען אױיף זײ.

— 77! — האָב איך געענטפֿערט.

— ריכטיג! װוייסטו אָבער װואָס מען מײנט מיט דעם?

177איך האָב ניט געװואוסט, און ער האָט מיר ערקלערט:

— דאָס הייסט, אַז עס איז פֿאַראָן 77 שטיקלעך געצײַג, און דו ביזט איצט דער אינגסטער אינגעל אין װוארשטאַט, דאַרפֿסטו אױיף דעם אַכטונג געבען. פֿאַרשטעהסטו? אױיב עס װועט עפּעס פֿעהלען, װועסטו אַטװוועטשאַיען („אָטװוועטשאַיען", זײַן פֿאַראַנטװואָרטליך).

איך האָב געזאָגט, אַז איך פֿאַרשטעהע, און בין צו אַװועק אַהיים מיט אַ פֿעסטען באַשלוס מעהר צוריק ניט צו קומ'ען.

װואָס עס איז פֿאַרגעקומ'ען צװוישען מיר און מײַנע עלטערען פֿרײַטאָג צו נאַכט און שבת, געדענק איך ניט. דאָס אָבער װואָס האָט פּאַסירט זונטאָג אין דער פֿריה, געדענק איך שױן צו גוט. דער טאַטע איז גאַנץ פֿריה אַװועק פֿון שטוב, און איך בין געבליבען מיט דער מאַמען. איך האָב איהר געזאָגט, אַז איך װועל מעהר צו דעם שניצער ניט געהן. זי האָט גענומ'ען שרײַען, אַז איך װועל בלייבען „אַזאַ שטיק צרה װוי דער טאַטע", און געפֿאָדערט אַז איך זאָל גלייך געהן צו דער אַרבייט. אױיף דעם האָב איך געענטפֿערט מיט אַזאַ פֿייער, מיט אַזאַ װוילדען צאַרן, אַז זי האָט זיך געכאַפּט פֿאַר'ן קאָפּ.

איך בין צו דעם שניצער מעהר ניט געגאַנגען.

איך געדענק װוי די מאַמע האָט מײַן געשרײַ דערנאָך געשילדערט פֿאַר'ן טאַטען און פֿאַר דער מוהמען.

— איך האָב זיך פֿאַר איהם דערשראָקען, — האָט זי געזאָגט, — ער האָט זיך געשריגען אױיף מיר מיט אַזאַ רציחה, איך האָב געמיינט אַז ער װועט מיר הרג'ענען. איך האָב געמיינט ער איז פֿון זינען אַראָפּ.

לאַנג נאָך יענעם זונטאָג פֿלעגט זי דאָס איבערדערצעהלען — אַזאַ טיפֿען אײַנדרוק האָט די סצענע אױיף איהר איבערגעלאָזען.

איך בין אַװועק אין ראָמײַלע'ם קלױיז. מען האָט מיר פֿאַרהערט און אַרײַנגענומ'ען אין ר' איציקעל'ס שיעור. דאָס 178אײַנגעטיילט זײַנען געװוען זעקס קלאַסען: ר' מאָטעלע'ם, ר' משה'לע'ם קלענער שיעור, ר' משה'לע'ם גרויסער שיעור, ר' איציקעל'ם, ר' שמואל'ם און ר' יאַנקעל פֿעסקער'ם.

צו ר' איציקעל'ם האָט זיך מיר טאַקע געװואָלט אָנקומ'ען. װועגען איהם האָב איך זיך אַ סך אָנגעהערט פֿון ישעיה באַלטערמאַנצער. און װוען איך בין געקומ'ען אַהיים און געזאָגט דעם טאַטען צו װועלכען ראש ישיבה מען האָט מיר צוגענומ'ען, האָט ער זיך געהאַלטען גרויס מיט מיר. און אפֿילו די מאַמע האָט אױיך געשמייכעלט. זי האָט אפֿילו געזאָגט: „װועסט שױן בלייבען אַן אָרימאַן װוי דער טאַטע"; אָבער צו װוערען אַ בעל מלאכה האָט זי מיר מעהר ניט געטריבען. דאָך, אי זי, אי דער טאַטע, פֿלעגען מיר אָפֿט אױיפֿװואָרפֿען, אַז איך טהו װואָס איך װויל; אַז איך פֿרעג בײַ זײ ניט קײן דעה. איצט, װוען ער פֿלעגט װוערען אין כעס אױיף מיר, פֿלעגט ער מיך רופֿען „סאַמאָװואָליעץ", אָדער „הפֿקר יונג". ערנסט האָב איך אָבער דיזע װוערטער ניט גענומ'ען. עס איז איהם געװוען ביטער אױיפֿ'ן האַרצען, פֿלעגט ער דאָס אַמאָל אױיסלאָזען צו מיר.

ראָמײַלע'ם ישיבה איז געװוען די גרעסטע אין װוילנא. אַ מאיאָריטעט פֿון די בחורים איז געװוען פֿון אַנדערע שטעדט און שטעדטלעך, און מײַסטע פֿון זײ האָבען „געגעסען טעג". און װוען אײַנעם האָט געפֿעהלט אַ „טאָג", פֿלעגט אַ שמש מיט איהם גאָהן פֿון שטוב צו שטוב, ביז עס האָט זיך געפֿונען אַ פֿאַמיליע, װואָס האָט איהם צוגענומ'ען אױיף יענעם טאָג. עס זײַנען געװוען „טאָג"-ספּעציאַליסטען, בריה'ם צו אַפּעלירען צו פֿרומע װוייבער און בײַ זײ צו פֿועל'ען אַז זײ זאָלען אַן אָרים-בחור קאָרמ'ענען אײן טאָג אין דער װואָך. אײַניגע פֿון זײ פֿלעגען נעהמ'ען געצאַהלט פֿאַר זייער אַרבייט — אַ גילדען (15 קאָפּיקעס) אַ „טאָג", דאַכט זיך.

מיט דעם װואָרט „טאָג" האָט מען געמיינט אי דאָס עסען, אי די בעל-הבתּים בײַ װועמ'ען מען האָט געגעסען. דאָס עסען איז הויפּטזעכליך באַשטאַנען פֿון אײן מאָלצײַט — אָנבייסען (דינער). אױיף װועטשערע פֿלעגט דעם אָרים-179בחור געװועהנליך געבען אַ פֿאַר קאַפּיקעס. און פֿרישטיק איז אין דעם מצב גאָרניט געװוען אַרײַנגערעכענט. די „טעג"-געבער זײַנען מײַסטענס אַליין געװוען קבצנים. די רײַכע פֿאַמיליען האָבען זיך דאָס רוב געפֿיהרט מעהר אַדער װועניגער הײנט-װועלטיג, און קײן אָרים-בחורים האָבען זײ בײַ זיער טיש ניט געװואָלט האָבען.

די טעג-עסער פֿון ראַמײַלע'ם קלױיז האָבען גענעכטיגט אין קלױיז. זײ האָבען געשלאָפֿען אױיף אַ מין פּלאַטפֿאָרמע פֿון ברעטער, דאָס רובֿ מיט אַ סיעניק (אַ זאַק מיט הײ אַדער שטרױי) צוקאָפֿען. אױיף פֿרישטיק האָט די ישיבה זײ געגעבען אַ האַלב פֿונט ברױיט. און אױיב אײַנעם האָט געפֿעהלט אַ „מצב", האָט ער אױיף יענעם מעת-לעת באַקומ'ען נאָך אַ פֿונט ברױיט, דאַכט זיך.

דער װואָס האָט געהאַט מיט װואָס, האָט זיך געקויפֿט אַ שטיקעל קעז פֿאַר אַ גראָשען, און אַפֿשער אױיך פֿאַר אַ האַלבען אַ גראָשען הײסע װואַסער אין אַ „טשאַינע". פֿילע פֿון די אָרים-בחורים האָבען אָבער געגעסען טרױיקענע ברױיט.

דער געלעגער איז געװוען זעהר שמוציג. די גאַנצע קלױיז איז געװוען שמוציג.

יעדער בחור האָט געהאַט זײַן קופֿערטיל (קעסטעל), און כמעט יעדער אױיך אַ מעסעריל. דער קופֿערט-שליסעלע, װועלכער פֿלעגט אַראָפּהענגען אױיף אַ שנירעל פֿון האַלז, און דער מעסעריל זײַנען געװוען די צװוױי געצײַג, מיט װועלכע דער טאָג-עסער האָט זיך אױיסגעצײַכענט אין מײַנע אױיגען. אַזױי װוי איך האָב געגעסען און גענעכטיגט אין דער הײם, האָב איך קײן קופֿערטיל ניט געהאַט און אַ מעסעריל איז מיר אױיך ניט געװוען נױיטיג.

די אָרים-בחור'ש'ע װועלט איז געװוען אַנאַנדערע װוי מײַנע. יעדער קופֿערטיל איז געװוען אַ פֿאַרשלאָסענע געהײמניס. יעדער שליסעלע האָט גערײיצט מײַן נײַגעריגקייט.

דאָס לעבען צװוישען די אָרים-בחורים האָט געהאַט זײַנע באַזונדערע אינטערעסען, מנהגים, געזעצען — אַ באַזונדערע שפּראַך זאָגאַר. צום בײַשפּיל: װוען אײַן בחור האָט בײַ אַ צװוייטען בחור געבעטען אַ שטיקעל ברױיט, אַ פֿענעצעל אױגערקע, אַ שטיקעל הערינג, אַדער אַביסעל „הײסע װואַסער", האָט 180דאָס געהײסען אַז ער בעט אַ „שאַנץ". אױיב זײ זײַנען געװוען חברים, גוטע פֿרײַנד, האָט יענער ניט ענטזאָגט. אױיב אָבער דאָס װואָס ער האָט געגעסען, האָט ער אַליין באַקומ'ען פֿון אַנאַנדערען, האָט ער געמעגט אַנטזאָגען, װוארום דער דין פֿון דער אָרים-בחור װועלט איז געװוען, אַז אַ „שאַנץ פֿון אַ שאַנץ איז פּטור".

די בחורים האָט מען גערופֿען מיט די נעמ'ען פֿון זײיערע שטעדט: „דער אַשמיאַנער", „דער נאַװואָרעדעקער", „דער װוילקאָמירער", א. אז. וו. אױיב עס זײַנען געװוען צװוױי אָדער דרײי פֿון אײן שטאָדט, פֿלעגט מען צולײיגען אַ צונעמעניש: „דער גרױיסער נאַװואָרעדעקער", דער „געשטופֿעלטער װוילקאָמירער", צום בײַשפּיל.

יעדער שיעור איז „געזאָגט" געװואָרען בײַ אַ לאַנגען טיש, װועלכער איז געשטאַנען צװוישען צװוױי לאַנגע בענק. דער ראָש ישיבה איז געזעסען אין מיטען, בײַם װואַנט, מיט אַ צײיל בחורים פֿון רעכטען האַנט, אַ צײיל בחורים פֿון לינקען האַנט און אַ צײיל בחורים אױיף דער אַנטקעגענדינער באַנק. דער בעסטער תלמיד פֿלעגט געװועהנליך זיצען פּונקט אַנטקעגען רבי'ן. אױיב בײַם טיש איז ניט געװוען גענוג פּלאַץ פֿאַר אַלע תלמידים, האָט מען פֿון הינטען צוגעשטעלט אַ זעהר הױיכען, לאַנגען באַנק — אַ „באַטרײַקע". די װואָס זײַנען געזעסען אױיף דער באַטרײַקע, זײַנען אױיסגעקומ'ען איבער די קעפ פֿון די װואָס זײַנען געזעסען בײַם טיש, אַנטקעגען דעם רבי'ן. דאָס זײַנען מײַסטענס געװוען די ערגערע תלמידים. מײַן פּלאַץ איז געװוען בײַם טיש נעקסט צו דעם בחור װואָס איז געזעסען פּונקט אַנטקעגען דעם ראָש-ישיבה.

די גאַנצע קלױיז מיט איהרע ישיבות, מיט אַלץ װואָס דאָרטען איז פֿאָרגעקומ'ען, האָט געקענט עקזיסטירען מיט טױיזענט יאָהר צוריק — אַזױי װועניג שייכות האָט זי געהאַט צו דעם נײַנצעהנטען יאָהרהונדערט.

ר' איציקעל איז געװוען אַ איד פֿון די מיטעלע יאָהרען, ניט קײן מיאוסער. זײַן פּנים איז געװוען אַן ערנסטער און אַן עכט בטלן'ישער. מיר האָבען געלערענט חולין. פֿון דעם שטײַגער 181װוי אַזױי ער האָט ערקלערט אַן ענין איז אין מײַן זכרון ניט איבערגעבליבען קײן סליאַד.

פֿון די בחורים, װואָס האָבען דאַן געלערנט אין די זעקס קלאַסען, געדענק איך עטליכע װואָס האָבען זיך אױיסגעצײַכענט מיט עפּעס. אײַנער איז געװוען אַ גרױיסער שװוױמער. ער האָט געקענט אַריבערשװוױמ'ען די װויליע הין און צוריק מיט אַמאָל. אַ צװוייטער האָט געהאַט די שעהנסטע האַנטשריפֿט אין ראַמײַלע'ם קלױיז; אַ דריטער האָט געקענט אױיפֿעסען צװוױי פֿונט ברױיט מיט אַמאָל; אַ פֿערטער איז געװוען אַ גרױיסער בעל-יונג (שטיפֿער) און שפּאַס-מאַכער. פֿון מײַן אײַגענעם שיעור געדענק איך אַ דאַרען, זעהר בלאַסען בחור, װועלכער האָט אױיף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק מיט זײַן פֿרומקײַט און מיט דער חן'עוודינער באַגײַסטערונג, מיט װועלכער ער פֿלעגט לערנען.

מיר בײַדע, דיזער באַגײַסטערטער בחור און איך, פֿלעגען דעם שיעור צוגרײיטען אין חסיד'ם מנין, הגם ניט צוזאַמ'ען. מיר האָבען דאָרטען איבערהױיפֿט פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען. מיר זײַנען געװוען װועניג באַקאַנט, און ער האָט מיט קײַנעם זיך ניט גע'חבר'ט; געזעסען און געלערענט מיט אַ געשמאַקער התמדה. ער האָט זיך שעהן געאיבט בײַ דער גמרא, און דער נגון איז בײַ איהם געװוען אַ שעהנער. זײַן בלײיכער פּנים פֿלעגט שײַנען מיט התמדה-גליק. איך פֿלעג ליב האָבען צו קוקען און הערען װוי ער לערענט. זײַן שטענדער איז געװוען אין אַ גאַנץ אַנדער װוינקעל װוי מײַנער. איך פֿלעג זיך אָבער שטעלען ניט װוײַט פֿון איהם און איהם באַאָבאַכטען. אין מײַן לערענען פֿלעג איך איהם פֿרואוװען נאָכמאַכען. אָבער מײַן שטימע און מײַנע באַװועגונגען האָבען אין זיך ניט געהאַט זײַן חן, און איך פֿלעג זיך ערגערען דערפֿון.

עטליכע װואָכען האָב איך אױיך הנאה געהאַט פֿון לערנען. דער גײַסט פֿון חסיד'ם מנין האָט מיר געפֿאַנגען, איבערהױיפֿט אין אָװוענט, װוען די גרױיסע קלױיז איז געװוען פֿול מיט באַלעבאַטישע לומדים. ר' יאָסעלע דער מורה הוראה, דעם גרױיסען ר' צלאל'ס אַ ברודער, פֿלעגט דאַן זיצען אין זײַן װוינקעל, 182אױיבען אָן בײַם אָרון קודש, זיצען און שאָקלען זיך איבער זײַן גמרא, ניט אַרױיסלאָזענדיג קײן קול. אַ רײַכער איד, אַ מלוה, פֿלעגט זיצען ניט װוײַט פֿון איהם. ער פֿלעגט זיך ניט װויגען, נאָר זײַנע קורצזיכטיגע אױיגען פֿלעגען פֿאָהרען איבער דער גמרא הין און צוריק, און אַנשטאָט זינגען מיט אַ גמרא-נגון, פֿלעגט ער ברומ'ען, װוי אַ הונגעריגע חיה. מען האָט געזאָגט, אַז ער איז אַ גרױיסער למדן און אַ גרױיסער בלוט-צאַפֿער אַלס פּראָצענטניק. װוען ער אָבער געזעסען בײַ דער גמרא, האָט זיך געדוכט אַז דאָס איז זײַן גאַנצער לעבען.

איך פֿלעג זיצען אױיף מײַן זײַדע'ם „שטאָדט", פּונקט אַנטקעגען אָרון קודש און כמעט אַנטקעגען ר' יאָסעלען. דער גרױיסער צימער, באַלױיכטען מיט לאָמפֿען פֿון אױיבען און מיט עטליכע צעהנדלינג ליכט אױיף עטליכע צעהנדלינג שטענדערס, איז געװוען פֿול מיט גמרא געזאַנג. עס האָט אײַך מיטגעשלעפּט. איך פֿלעג לערנען מיט חשק.

אָבער חולין האָט מיר ניט אינטערעסירט, און אין מיטען לערנען פֿלעג איך זיך פֿאַרטראַכטען. איך פֿלעג לערנען אױיפֿ'ן קול, זיך שאָקלען, זאָגען די װוערטער מיט פֿײַער. מײַנע געדאַנקען פֿלעגען אָבער אָפֿט זיך אַװועקטראַגענ'ען אין אַנדערע װועלטען, און די אױיערען האָבען ניט געהערט װואָס די מױיל זאָגט.

3
אױיס גמרא.

צי איך האָב געלערנט מיט אױיפֿמערקזאַמקײַט, צי איך האָב געטראַכט װועגען אַנדערע זאַכען, דאָס לערנען האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿילע מאָמענטען פֿון תענוג. איך פֿלעג שװועבען אין טרױים-לענדער. דער מוח האָט געאַרבייט, די האַרץ איז געװוען פֿול.

אָבער קײן אמת'ן אינטערעס אין דער גמרא האָב איך ניט געפֿיהלט. װוען מען װואָלט דאַן בײַ מיר געפֿרעגט, אױיב איך װועל בלײַבען בײַם לערנען, װואָלט איך געזאָגט „יע". בײַ 183זיך אין האַרצען װואָלט איך אָבער געװואוסט, אַז איך מײַן דאָס ניט. איך אַלײן האָב זיך אַזעלכע פֿראַגען ניט געשטעלט.

אָבער אױיף אַן אונדײַטליכען שטײַגער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿריהער-שפּעטער, װועל איך אַװועקװוארפֿען די ישיבה און דעם חסיד'ם מנין.

די איבערקערעניש איז פֿאָרגעקומ'ען אין מיטען פֿון מײַן ערשטען זמן אַלם ר' איציקעל'ס תלמיד.

אַמאָל אין אַן אָװוענט, אין חסיד'ם מנין, זײַנען דרײי יונגע לײַט געזעסען און געשמועסט, און איך בין געשטאַנען און זיך צוגעהערט. אײַנער פֿון די דרײי איז געװוען אַ שטיקעל לעהרער פֿון העברעאיש. אין אַן אָװוענט פֿלעגט ער אַהער אַרײַנקומ'ען לערנען אַ בלאַט גמרא. עס איז געקומ'ען צורײַד װועגען האַנטשריפֿטען, און מיר האָט זיך פֿאַרגלוסט צו הערען דעם לעהרער'ס מבֿינות אױיף מײַן כתבֿ. איך האָב געקראָגען טינט און פֿעדער מיט אַ בױיגעלע פּאַפּיר, און האָב אױיפֿגעשריבען אַ שורה.

זײַן מײַנונג איז געװוען אַזױ אונגעפֿעהר: „באַזונדערע אותיות זײַנען אױיסגעצײַכענט, אָבער פֿײַנע אותיות איז נאָך ניט קײן כתבֿ. די אותיות דאַרפֿען שטעהן װוי עס באַדאַרף צו זײַן. בײַ דיר שטעהען זײ שלעכט. אײַן בוכשטאַב האַלט די קאָפּ צו מזרח, אַ צװוייטער — צו מערב, װוי אַ ראָטע שכור'ע סאָלדאַטען שטעהען זײ".

איך בין בײַ זיך שטאַרק אַראָפּגעפֿאַלען, און דער יונגער לעהרער האָט אַרױיסגערופֿען גרױיס רעספּעקט אין מיר.

איך האָב געװואָלט געלעגענהייטען מיט איהם צו שמועסען.

אַ צװוייטען מאָל האָב איך מיט איהם גערעדט װועגען רוסיש לעזען. ער האָט מיר פֿאַרהערט און געזאָגט, אַז איך לעזען גוט און האָב אַ בעסערע אױיסשפּראַכע װוי ער. ער האָט מיר אױיך עקזאַמינירט אין רעכענען. ער האָט מיר געגעבען אַ שכל'דיגע „זאַדאַטשע" (פּראָבלעם, אױיפֿגאַבע). און איך האָב איהר „גערישעשײַעט" (געפֿונען דעם ריכטיגען ענטפֿער).

— ער װועט שױין בײַ דער גמרא ניט בלײַבען, — האָט ער באַמערקט צו אַ יונגער מאַן, װואָס איז געזעסען דערבײַ.

די געשפּרעכען, װואָס איך האָב געהאַט מיט'ן לעהרער 184האָבען מײַנע געדאַנקען געגעבען אַ נײַע ריכטונג. איך האָב זיך אַלײן גענומ'ען פֿאַרשטעהן. עס איז מיר דײַטליך געװואָרען אַז צו דער גמרא האָב איך מעהר קײן חשק ניט, און אַז מיר ציהט צום „ביכעל".

איך האָב איבערגעהיפֿט אַ שיעור אין ראַמיילע'ם קלױיז, אַ צװוייטען, אַ דריטען.

בשעת מיר האָבען געװואוינט אין פֿרײַ'ם הױיף, בין איך דאָרטען באַקאַנט געװואָרען מיט אַ אינגעל פֿון מאַלאַט, מיט'ן נאָמען הירשקע לעװוענסאָן. שפּעטער האָט ער זיך גערופֿען שפּיעז.

דער בעל הבית פֿון אונזער דירה, װועלכער איז אױיך געװוען אַ מאַלאַטער, האָט דערצעהלט, אַז הירשקע'ס פֿאָטער איז אַ סטאָליער, אָבער אַז ער קען גוט לשון קודש און תכונה (אַסטראָנאָמיע), און אַז ער איז אַ גרױיסער אפֿיקורס.

פֿון דעסטװועגען האָט הירשקע געלערענט גמרא אין װוילנא. זינט מיר האָבען זיך אַריבערגעקליבען אין קיסין'ם הױיף, האָב איך איהם ניט געזעהן.

איך האָב אָבער געהערט, אַז ער האָט שױין די גמרא אַװועקגעװוארפֿען און אַז ער געהט אין דער נאָראָדנאַיע אוטשילישטשע אױיפֿ'ן פֿעד-מאַרק. האָב איך איהם אױיפֿגעזוכט.

— מען לערנט דאָרטען מיט טעם, — האָט ער געלױיבט די שוהל, — גראַמאַטיק און דראָב (פֿראַקציעס) לערנט מען גרונדליך.

גלייך אױיף מאָרגען בין איך אַריבערגעגאַנגען אַהין. מען האָט מיר עקזאַמינירט און מען האָט מיר צוגענומ'ען אין צװוייטען קלאַס. אַ פֿאָר טעג בין איך נאָך אין דער ישיבה אױיך געגאַנגען. איך האָב אָבער ניט געענדיגט די װואָך. מאָנטאָג בין איך שױין בײַם שיעור ניט געװוען. און דאָס איז געװוען דער סוף פֿון מײַן גמרא לערנען.

װוען מײַן פֿאָטער האָט זיך דערװואוסט דערפֿון, האָט ער געקװועטשט מיט די פֿלייצעס און געזאָגט „הפֿקר יונג". שטאַרק אין כעס איז ער אָבער ניט געװוען.

ער האָט דאַן פֿאַרדינגט עטליכע רובעל אַ װואָך בײַ דעם 185פּאָדברעזער „סבאַרשטשיק" װואָלפֿע אָגוז, בײַ קהל'שע אַרבייט. און ער איז געװוען צופֿיל פֿאַרנומ'ען מיט זײַן נײַער באַשעפֿטיגונג זיך צו אינטערעסירען מיט מיר.

דאָך, פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער מיר פֿרעגען װועגען די לימודים, װואָס איך לערנען אין „קלאַס". און איך האָב געקענט זעהן אַז עס געפֿעלט איהם. נאָר װוען ער פֿלעגט װוערען בײַז אױיף מיר, פֿלעגט ער מיר רופֿען „סאַמאַװואָליעץ" און „הפֿקר יונג" — טיטולען, װועלכע איך האָב פֿון איהם געהערט בײַ דרײי יאָהר צײַט.

4
אַריפֿמעטיק און גראַמאַטיק. — ציפֿקין און װואַלפֿער.

װוען אַנשטאָט חדרים און ישיבות, װואָלט איך באַזוכט אַ גימנאַזיע, אָדער אַן אַמעריקאַנער פּאָבליק סקוהל, װואָלט איך צו עלף יאָהר געװואוסט מעהר װוי איצט צו פֿערצעהן. אָבער די גמרא, מיט װועלכער מען האָט פֿאַרנומ'ען מײַן מח פֿון מײַן אַכטען יאָהר אָן, קען מען אױיך מיט'ן האַנט ניט אַװועקמאַכען.

װוי נאַריש עס איז צו מאַטערען אַ קינד מיט די ענינים פֿון כתובות, גיטין, בבא קמא, בבא בתרא, אָדער פּסחים, אַלס גימנאַסטיק פֿאַר'ן מח איז דאָס אָבער ניט אונניצליך.

װוען איך האָב זיך גענומ'ען צו דראָב, איז דאָס מיר אָנגעקומ'ען לײַכט. צו „שכל'ען" איז דער מח געװוען געװואוינט, און די שטרענגע לאָגיק, װועלכע ער האָט אין אַריפֿמעטיק געפֿונען, אַנשטאָט די צוױיפֿעלהאַפֿטע דרײידלאַך פֿון די תנאים און אמוראים, איז געװוען אַן אַנגענעהמע ענדערונג.

איך בין אָנגעקומ'ען אין דער „אוטשילישטשע" אין מיטען זמן; איך האָב אָבער די אַנדערע שילער פֿון דעם צװוייטען קלאַס באַלד דעריאַגנט.

מײַנע מלמדים און ראָשי-ישיבות האָבען געזאָגט, אַז איך האָב אַ גוטע קאָפּ, און ציפֿקין — מײַן איצטיגער לעהרער אױיף אַריפֿמעטיק — האָט מיר געגעבען דעמזעלבען קאָמפּלימענט. ער פֿלעגט אונז לערנען מיט חשק, הגם ער האָט ליב 186געהאַט צו בטל'ען אױיך.

אײַן טיר פֿון אונזער קלאַס-צימער האָט געפֿיהרט אין דער װואוינונג פֿון אַ לעהרער, װועלכער האָט געהאַט קלאַסען אין די מאָרגען-שטונדען; פֿלעגט ציפֿקין עפֿענען די דאָזיגע טיר אין מיטען אורעק, און פֿאַרפֿירען אַ שמועס מיט יענעם'ס פֿרוי.

ער האָט געהאַט שװוארצע האָר און שװוארצע װואָנצעס, ציפֿקין, און זײַן קאָפּ, צוזאַמ'ען מיט די האָר, האָט געהאַט אַן עכט-קײַלעכדיגע פֿאָרמע. אַ לאַכעדיגע שװוארצע פֿיגור — אַזױי שטעלט ער מיר זיך פֿאָר אין מײַן זכרון.

אין יענע צײַטען פֿלעגען רוסישע לעהרער שלאָגען די שילער מיט דער לינייקע (רולער). דער שולדיגער פֿלעגט מוזען אױיסשטעלען די האַנט און מען פֿלעגט איהם מכבד זײַן אײַן מאָל, צװוױי מאָל, דרײי מאָל. ציפֿקין האָט ליב געהאַט זיך צו רײַיצען מיט זײַן קרבן. יענער שטעהט מיט דער האַנט אױיסגעשטרעקט װוי אַ בעטלער, און ער, ציפֿקין, פֿאַרמעסט זיך און פֿאַרמעסט זיך אױיף איהר מיט דעם הילצערנעם אינסטרומענט. דער אינגעל פֿינטעלט מיט די אױיגען פֿאַר שרעק; און עס ענדיגט זיך אַפֿשער מיט גאָרניט. ציפֿקין האָט איהם נאָר געװואָלט אָנטשרעקען.

דאָס האָט מיר עראינערט אָן יאַנקעל פֿױיזנער, מײַן רבי'ן. דערצו נאָך איז אין ציפֿקין'ם קלאַס געװוען אַ אינגעל, װואָס האָט געקענט אױיסשטעהן קלעפ פֿון דער לינייקע, און פֿלעגט זיך מיט'ן לעהרער רײַיצען, אַזױי װוי פֿאָלקע פֿלעגט זיך רײַיצען מיט יאַנקעל פֿױיזנער.

און װוען עס האָט זיך געמאַכט אַ שװוערע „זאַדאַטשע", און די שילער האָבען זיך געמאַטערט איבער איהר, פֿלעגט ציפֿקין הנאה האָבען קוקענדיג אױיף זײ. און װוען אײַנער האָט איהר „גערישעט", האָט ער געשריען: „מאָלאָדיעץ!"

מײַן חבר לעװוענסאָן-שפּיעז איז געװוען אַ מאַדים אױיף זאַדאַטשעס, אָבער איך בין אין אַ קורצער צײַט געװואָרען זײַן גלײַכען. עס זײַנען געװוען נאָך אַ צװוױי אינגלעך, װואָס האָבען זיך אױיסגעצײַכענט אין אַריפֿמעטיק, און מיר פֿיער פֿלעגען זיך 187פֿאַרװועטען צװוישען זיך אין פֿאַנאַנדערפֿלאַנטערען שװוערע זאַדאַטשעס.

אַריפֿמעטיק איז געװואָרען אַ גרױיסער ספּאָרט בײַ מיר, איך פֿלעג זיך ניט באַגנוגענען מיט די חשבונות, װואָס מיר האָבען געמאַכט אין קלאַס. איך פֿלעג זיך אַרומטראַגען מיט זאַדאַטשעס אױיסער דער שוהל אױיך. עס זײַנען געװוען דרײי פֿאַרשידענע „זאַדאַטשניקעס" (ספּעציעלע ביכלאַך פֿאַר אַריפֿמעטישע אױיפֿגאַבען): מאַלינין'ס, יעוטושעװואָסקי'ס און בוסע'ס; האָב איך זײ אַלע געקויפֿט אָדער געבאָרגט, און דורכגעמאַכט יעדע שװוערע „זאַדאַטשע" אין יעדען פֿון זײ. און טאָמער האָב איך געהערט, אַז אימעצער האָט עפּעס אַ נײַע זאַדאַטשע, אַ טיפֿזיניגע, פֿלעג איך מאַכען אונטערהאַנדלונגען איהר צו באַקומ'ען. דאַן פֿלעג איך זי געבען לעװוענסאָנ'ען און אַ פּאָר אַנדערע חברים. עס האָט זיך בײַ אונז צוזאַמ'ענגעשטעלט אַ מין זאַדאַטשע-קלוב.

אין דיזע אַלע זאַדאַטשעס האָט זיך געהאַנדעלט װועגען געװועהנליכע דראָב. װוייטער זײַנען מיר אין דיזער שוהל ניט געגאַנגען. דעסיאַטיטשנע דראָב (דעסימאַלס) איז געװוען אױיף יענער זײַט גרענעץ.

מיכאל װואַלפֿער, דער אוטשיטעל, װואָס האָט אונז געלערנט רוסיש לעזען, אױיסלייגונגען און גראַמאַטיק, איז געװוען אײַנער פֿון די בעסטע שוהל-לעהרער װואָס װוילנער אידען האָבען דאַן געהאַט. ער איז געװוען אַ געבאָרענער פֿעדאַגאָג, און ער האָט זײַן אַרבייט געטאָן מיט דער ליבע, װועלכע אַ קינסטלער פֿיהלט צו זײַן קונסט.

ער האָט געהאַט בלאָנדע האָר און אַ בלאָנדע בערדעל. דעם אונטערשיד צװוישען איהם און ציפֿקינ'ען, אין זײַער אױיסזעהן, פֿלעגען מיר באַצייכענען מיט די װוערטער: „דער געלער" און „דער שװוארצער".

װואַלפֿער האָט געהאַט מעהר פֿײַער, און ציפֿקין — מעהר הומאָר. װואַלפֿער פֿלעגט ערקלערען דעם אורעק מיט אַזאַ הױיכע און האַרציגע שטימע, אַז ער פֿלעגט אָפֿט װוערען הײַזעריג. ער איז געװוען אײַנער פֿון יענע „ראַבינטשיסקעס", װואָס 188באַלעבאַטישע אידען האָבען אױיסגעהאָרעװועט אַלס חתנים פֿאַר זײיערע טעכטער.

די גאַנצע צײַט, װואָס ער האָט שטודירט אין דער ראַבינער-שוהל, האָט ער זיך אױיפֿגעהאַלטען בײַ אַ פֿוטער-קירזשנער, אַ הױיכער, שװוארץ-באָרדיגער איד, װועלכען איך פֿלעג אָפֿט זעהן בײַ מײַן זײַדע'ם שכן, דעם שטרײַכער. װואַלפֿער'ס פֿרוי, אַ הױיכע, אַ שעהנע, מיט שעהנע, גרױיסע אױיגען איז געװוען דעם פֿוטער-קירזשנער'ס יונגערע טאָכטער. זײַן עלטערע טאָכטער איז אױיך געװוען פֿאַרהייראַטעט צו אַ קאַזיאַנעם לעהרער.

אין די אידישע שוהלען האָט מען דאַן געברױיכט אַ רוסישע גראַמאַטיק פֿון אײַנעם האָרװויטש, אָדער גורװויטש. דיזער גורװויטש איז פֿריהער געװוען אַ לעהרער אין דער ראַבינער-שוהל. דערנאָך האָט ער זיך גע'שמד'ט, און זײַן נאָמען איז פֿאַרװואַנדעלט געװואָרען אין גורעװוו. אין דער ערשטער אױיסגאַבע פֿון זײַן גראַמאַטיק איז אױיף דער פֿאָדער-בלאַט געשטאַנען גורװויטש. אין דער נײַער אױיסגאַבע אָבער איז שױין געשטאַנען דער „משומד'סקער" נאָמען. דיזען ביכעל האָט מען אונז געגעבען אין קלאַס.

װואַלפֿער האָט זיך אָבער מיט איהם װועניג באַנוצט. ער האָט געהאַט זײַן אײַגענע מעטאָדע. זײַנע ערקלערונגען פֿלעגען מיר פֿאַרשרײַבען, און אױיך אַזױ האָט זיך בײַ אונז אָנגעזאַמ'עלט אַ געשריבענע גראַמאַטיק.

איך האָב די גראַמאַטיק געלערנט מיט אַזאַ חשק װוי אַריפֿמעטיק. װואַלפֿער פֿלעגט אָבער אונז אַרױיסגעבען קריליאַװו'ס פֿאַבלען (משלים) אױיסצולערנען אױיף אױיסװוייניג, און צו דעם האָב איך קײן חשק ניט געהאַט. איך האָב קײַנמאָל ניט געהאַט צו „זוברעװוען" אױיף אױיסװוייניג; און אַן איבער-געװואַלד לערנען האָב איך ניט געקאָנט. פֿלעג איך מיט דיזע מעשה'לעך האָבען צרות. װואַלפֿער פֿלעגט אױיף מיר מוסר'ן, שרײַיען אױיף מיר, שטעלען מיר אַ שלעכטע „מײַנונג"*. עס האָט אָבער װועניג געהאָלפֿען.

* די „מײַנונגען", אָדער „אָטמעטקעס" (מאַרקס), זײַנען געגאַנגען פֿון 1 ביז 5 (1 — זעהר שלעכט; 2 — שלעכט; 3 — צופֿרידענשטעלענד; 4 — גוט; 5 — אױיסגעצײַכענט). אַזױי איז געװוען אין די פֿאַרשידענסטע סאָרטען שוהלען פֿאַר אינגלאַך אָדער בחורים. אין די גימנאַזיעס פֿאַר מיידלאַך זײַנען די „מײַנונגען" געגאַנגען פֿון 1 ביז 12.

189עהנליכעס פֿלעגט פּאַסירען, װוען מען פֿלעגט אַרױיסגעבען איבערצושרײַבען אַ פּאָר געדרוקטע זײַטעלעך, אָדער צו מאַכען עטליכע גרינגע זאַדאַטשעס אין דער הײם. אין אַזאַ מעכאַנישער אַרבייט האָב איך קײן אינטערעס ניט געהאַט. איך פֿלעג איהר אָפּלייגען ביז דער לעצטער מינוט, און אָפֿט פֿלעג איך קומ'ען אין קלאַס מיט אַ תירוץ. פֿונדעסטװועגען פֿלעגט װואַלפֿער מיר װוייזען אױיפֿמערקזאַמקײַט, און מיר אָפֿט ערקלערט אַלס זײַן בעסטער שילער נאָר אַ פֿױילער.

ענדע זומער איז געקומ'ען אַ פֿאָלקס-שוהל אינספּעקטאָר. ער האָט אונז פֿאַרהערט, און די װואָס האָבען אױיסגעהאַלטען דעם עקזאַמען, האָבען באַקומ'ען אַ „סװוידיעטעלסטװואָ" (סערטיפֿיקאַט). איך בין געװוען אײַנער פֿון זײ.

בײַדע לעהרער האָבען מיר פֿאַר'ן אינספּעקטאָר פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ אינגעל מיט זעהר גוטע פֿעהיגקייטען, „אָבער אַ פֿױילער". אַלזאָ, האָט מען אין מײַן סװוידיעטעלסטװואָ געשריבען „פֿירען".

5
אידישע גימנאַזיסטען. — מײַן ברױנע קאַפּאָטקע.

אין אױיגוסט פֿון יענעם זומער איז די צאָהל אידישע גימנאַזיסטען אין װוילנא שטאַרק פֿאַרגרעסערט געװואָרען. פֿלוצלונג האָבען זיך באַװוייזען בײַ פֿופֿציג אָדער זעכציג אידישע אינגלאַך אין די שעהנע גימנאַזיסטישע מונדירען און „קעפּיעס", אַזױי װוי די װואָס די רוסישע סאָלדאַטען פֿלעגען דאַן טראָגען. אין מײַנע אױיגען האָט די גאַנצע שטאָדט גענומ'ען בלישטשען מיט זילבערנע קנעפּ און מיט זילבערנע „גאַלונען".

פֿריהער איז בײַ אונז געװוען נאָר אײַן גימנאַזיע, און אין איהר האָבען זיך געפֿונען זעהר װועניג אידען. „גױיעשקע" בילדונג איז נאָך געװוען אַ נײַעס, און נאָר פֿאַמיליען פֿון דעם רײַכען, הײַנטיגען קלאַס, האָבען געװואַגט זײיערע אינגלאַך צו מאַכען פֿאַר גימנאַזיסטען. אין מײַן געדאַנק זײַנען אידישע משפּחות געװוען צוטיילט 190אױיף אַזעלכע, װאו די קינדער רופֿען די עלטערען „טאַטע" און „מאַמע", און אַזעלכע, װואו מען רופֿט זײ „פּאַפּאַשאַ" און „מאַמאַשאַ". אין גימנאַזיע זײַנען געגאַנגען נאָר אינגלאַך פֿון דעם „פּאַפּאַשאַ" קלאַס.

די אײַנציגע גימנאַזיע איז אָבער געװואָרען צו קליין אַפֿילו פֿאַר דער קריסטליכער באַפֿעלקערונג; אַלזאָ, האָט מען צו איהר צוגעגעבען אַ זעקס-קלאַסיגע „פּראָגימנאַזיע"; דאָס הײסט, אַ גימנאַזיע מיט נאָר די ערשטע זעקס קלאַסען. דער װואָס האָט געענדיגט די פּראָגימנאַזיע, האָט געקענט אַריבערגעהן אין דעם 7טען קלאַס פֿון דער אַלטער גימנאַזיע. אין דעם נײַעם בילדונגס-אַנשטאַלט האָבען זיך אַ לאָז געטאָן אַ סך אידישע קינדער.

אױיף דער אַלטער גימנאַזיע איז מען צוגעװואוינט געװוען צו קוקען װוי אױיף אַ שוהל, װאו עס גײען זעהר װועניג אידען. פֿון פֿריהערדיגע יאָהרען, װוען „גױיעשקע" בילדונג האָט זיך בײַ אונז גערעכענט פֿאַר אַ „טריפֿה'ן" געריכט, איז געװוען אײַנגעװוארצעלט אַ באַגריף, אַז זי איז ניט פֿאַר אידען. מיט דער פּראָגימנאַזיע איז אָבער דער דאָזיגער באַגריף ניט געװוען פֿאַרבונדען. און דער װואונש צו געבען אַ קינד מאָדערנע בילדונג איז שטאַרק אױיסגעװואַקסען.

קורץ, נאָך איידער די פּראָגימנאַזיע איז אױיפֿגעעפֿענט געװואָרען, האָט זיך גענומ'ען רעדען, אַז אַהין װועלען אַנקומ'ען אַ סך אידישע שילער. און עס איז געװואָרען אַ מין מאָדע צוצופֿערטיגען אַ אינגעל צו איהר. אַפֿילו די פֿראַגע װועגען שרײַבען אום שבת האָט שױין אױיך ניט געשטערט.

אין אָנפֿאַנג אױיגוסט, אַלזאָ, האָבען זיך באַװוייזען עטליכע צעהנדלינג אידישע שילער פֿון דער נײַער פּראָגימנאַזיע. און צװוישען זײ זײַנען געװוען ניט נאָר אינגלאַך פֿון דעם „פּאַפּאַשאַ" קלאַס, נאָר אױיך פֿון דעם „טאַטע" קלאַס.

צװוישען די נײַע גימנאַזיסטען האָב איך געהאַט אײַן גוטען באַקאַנטען. דאָס איז געװוען מײַן „בן גיל", שעפּטסע מיצקין, מיט װועלכען איך האָב געלערנט אין חאַצקעלע'ם חדר. ער איז איצט געװוען אַ הױיכער אינגעל מיט ברייטע פּלייצעס, און די 191פֿאָרמע (יוניפֿאָרם) האָט איהם געפּאַסט זעהר שעהן. זינט ער האָט איהר אָנגעטאָן האָבען מיר זיך באַגעגענען עטליכע מאָל, און יעדעס מאָל האָט ער זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען פֿרײַנדליכער װוי איך האָב ערװוארטעט. צו געהן איבער'ן גאַס מיט אַ גימנאַזיסט איז בײַ מיר געװוען אַ גרױיסער כבֿוד.

איך בין דאַן געװוען זעהר אָרים געקלייידעט. און מײַן קאַפּאָטקע איז געװוען אַ לאַנגע, אַן אַלטמאָדישע, אַ ברױינע, אַן אַלטע, אַ צוקניטשטע. איך האָב זיך געװואונדערט װואָס ער שעהמט זיך ניט אַרומצוגעהן מיט מיר. און אַרומגעהענדיג מיט איהם, האָב איך זיך מיט מײַן צרה'דיגער קאַפּאָטקע געשעהמט פֿיל מעהרער װוי װוען איך בין געגאַנגען אַלײן.

אײַנמאָל האָט ער מיר דערזעהן אױיף דעם גרױיסען קאַטהעדראַל פּלאַץ, לעבען דעם באָטאַנישען גאָרטען. בײַ אַ פֿאָרשטעלונג פֿון אַן אַלטען דײַטש, װואָס איז געגאַנגען אױיף אַ שטריק, איז דאָס געװוען. ער איז צו מיר צוגעקומ'ען מיט זײַן געװועהנליכער פֿרײַנדליכקייט, און נאָך דער פֿאָרשטעלונג זײַנען מיר שפּאַצירענדיג געגאַנגען אַהיים. באַלד האָבען מיר באַמערקט װוי אַ איד באַקוקט אונז מיט אַ שמייכעל. אַ מינוט שפּעטער איז דער איד צו אונז צוגעקומ'ען און געזאָגט צו מיצקינ'ען:

— װואָסטו אַלעמאָל מיט איהם אַרומגעהן? אין צװוױי יאָהר, אין דרײי יאָהר אַרום אױיכעט?

װואָס מיצקין האָט געענטפֿערט, אָדער צי ער האָט איבערהױיפֿט געענטפֿערט, געדענק איך ניט. די סצענע האָט זיך אָבער אײַנגעגראַבען אין מײַן מח. דעראיבער געדענק איך עס. יענע ברױינע, צודרייטע, לאַנגע קאַפּאָטקע מײַנע. אַלע אַנדערע קאַפּאָטקעס, װואָס איך האָב געטראָגען אינגעלװוייז, זײַנען פֿון מײַן זכרון פֿאַרשװואונדען. דיזע אָבער האָב איך ניט פֿאַרגעסען.

איך געדענק איהר באַװואוסטע מאַטעריע, איהר פֿאַרראָשטען ברױינעם קאָליר; איך געדענק װוי איהר ברעג, בײַ די קנעפֿלעך, האָט זיך געגרײיזעלט אינוועניג-צו, און װוי דער אונטערשטער ברעג איז געהאַנגען ניט-גלײַך.

192מיצקין פֿלעגט מיר דערצעהלען װואָס עס טוט זיך אין זײַן קלאַס, װועגען די לעהרער, װועגען די שילער, און װועגען אַלץ װואָס מען האָט געלערענט.

אַ קורצע צײַט שפּעטער האָט מען אין װוילנא געעפֿענט אַ רעאַל-שוהל. און אַהין זײַנען אױיך אָנגעקומ'ען פֿילע אידישע אינגלעך. די פֿאָרמעס פֿון די „רעאַליסטען" זײַנען געװוען געמאַכט פּונקט װוי די פֿאָרמעס פֿון די גימנאַזיסטען, נאָר דער קאָליר איז געװוען אַנאַנדערער. בײַ די גימנאַזיסטען איז דער קאַסטיום געװוען פֿון בלױיע געװוואַנט, באַפּוצט מיט װוייסע קאַנטען און מיט זילבערנע גאַלונען און זילבערנע קנעפּ, און בײַ די „רעאַליסטען" — פֿון ברױינע געװוואַנט, באַפּוצט מיט געל און גאָלד.

צו באַגעגענען אידישע אינגלעך אין „פֿריצישע" פֿאָרמעס פֿון דיזע צװוױי סאָרטען, איז אין יענע פּאָר יאָהר געװואָרען אַ גאַנץ געװועהנליכע זאַך, הגם מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָט זיך דאָס נאָך קײַנעם ניט גע'חלום'ט.

אין דער גײַסטיגער געשיכטע פֿון װוילנא, און פֿון גאַנץ ליטא מסתמא, זײַנען דיזע פּאָר יאָהר באַצייכענט מיט בולט'ע בוכשטאַבען. אַז זײ האָבען געהאַט אַ װוירקונג אױיף מײַנע גײַסטיגע שטרעבונגען — איז זיך לײַכט פֿאָרצושטעלען.

6
דער לערער-אינסטיטוט. — איך האָב ניט קײן פּאַפּירען. — הירשקע לעװוענסאָן.

דעם פֿאַריגען יאָהר, דאָס הײסט אין 1873, האָט די רעגירונג צוגעמאַכט די ראַבינער-שוהל, און אױיף איהר אָרט האָט זי געגרינדעט אַ לעהרער-אינסטיטוט — אײַנעם אין װוילנא און אײַנעם אין זשיטאָמיר. דער צװועק איז געװוען צוצוגרײיטען לעהרער פֿאַר אַ נײַעם סאָרט רוסיש אָנפֿאַנגס-שוהלען („נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשעס") פֿאַר אידישע קינדער.

193אַלע שילער פֿון דעם אינסטיטוט זײַנען געװוען אױיף „קאַזיאַנע". די גאַנצע צײַט, װואָס זײ האָבען שטודירט, האָט מען זײ געגעבען קװואַרטיר, עסען, שוך-און-קלייד. און װוען דער שילער האָט געענדיגט, איז ער געװוען באַזאָרגט מיט אַ לעהרער-שטעלע אין אײַנער פֿון די „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשעס".

דער אינסטיטוט איז באַשטאַנען פֿון פֿיער קלאַסען. צו דעם ערשטען קלאַס האָט מען גענומ'ען זײַן ניט װועניגער װוי זעכצעהן און ניט מעהר װוי זיבעצעהן יאָהר אַלט.

אום די שילער פֿון דעם אינסטיטוט זאָלען האָבען װאו צו פּראַקטיצירען זײיער צוקונפֿטיגע פּראָפֿעסיע — װאו צו לערנען זיך לערנען — האָט מען בײַ יעדען פֿון די צװוױי אינסטיטוטען געעפֿענט אַ נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע. גערופֿען האָט מען איהר „אָדנאָ-קלאַסנאַיע" (אײַן-קלאַססיגע), אָבער דער אײַן קלאַס איז באַשטאַנען פֿון דרײי אָפּטיילונגען, און אין יעדער אָפּטיילונג האָט דער אינגעל געדאַרפֿט פֿאַרבלײַבען צװוױי יאָהר. און פֿריהער פֿאַר דער ערשטער אָפּטיילונג איז נאָך געװוען אַ צופֿערטיגונגס-קלאַס פֿאַר גאָר קליינע קינדער.

די גאַנצע געשיכטע איז געװוען לעכערליך צוצוזעהן. און מען דאַרף באַמערקען, אַז אין דער „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע" האָט מען פֿאַרבראַכט ניט צװוױי שטונדען אַ טאָג, נאָר זעקס — פֿון נײַן ביז דרײי.

דער װואָס האָט געענדיגט די װוילנער (אָדער זשיטאָמירער) „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע", האָט געקענט אָנקומ'ען אין אינסטיטוט. פֿיר יאָהר אױיף אַלעם פֿאַרטיגען אױיף בילדונג, און דאַן זיכער מיט אַ קאַזיאַנע לעהרער-שטעלע, אַ פּראַק מיט מעשענע קנעפּ, אַ היטעל מיט אַ קאָקאַרדע און אַ רעאַל'ע פֿון אַ „טשינאָװוניק" — װואָס האָט אין יענע צײַטען געקענט זײַן אַ שעהנערער תכלית פֿאַר אַ אינגעל פֿון מײַן עקאָנאַמישען צושטאַנד? װועגען גימנאַזיע אָדער רעאַל-שוהל האָט מען ניט געקענט אַפֿילו צו דענקען. פֿאַר'ן לערנען אַלײן האָט מען דאָרטען געמוזט צאָהלען אַ היבשע סומע. דאָס, צוזאַמ'ען מיט דער 194בלישטשענדער „פֿאָרמע", איז ניט געװוען פֿאַר מײַן טאַטענ'ס פּוסטער קעשענע.

װוען איך װואָלט זיך אַביסעל צוגעפֿערטיגט, װואָלט איך געקענט אָנקומ'ען אין דער דריטער אָפּטיילונג פֿון דער „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע". דאָס הײסט, אַז אין צװוױי יאָהר אַרום װואָלט איך אָנגעקומ'ען אין אינסטיטוט; אָבער אין „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע" איז ניט געװוען אַזױי לײַכט אַרײַנצוגעהן װוי אין דער „נאַראָדנאַיע". מען האָט געמוזט האָבען אַ „מעטריקעס" (געבורט-שײַן), און מיר האָט מען דאָך בײַ מײַן געבורט ניט פֿאַרשריבען. מאַכען אַ „געשװואָרענע מעטריקעס", װוידער, האָט באַדאַרפֿט קאָסטען אַ צעהן אָדער פֿופֿצעהן רובעל — אַ סומע װועלכע איך האָב ניט געקענט דאַקאַזשען. אַ חוץ דעם, איז דאָס געװוען פֿאַרבונדען מיט צערעמאָניעס און שװוערינגקייטען, װועלכע אַ פֿערצעהן-יאָהריגען אינגעל פֿון מײַן קלאַס איז ניט געװוען לײַכט בײַצוקומ'ען.

הירשקע לעװוענסאָן איז געװוען אין דערזעלבער לאַגע. מיר פֿלעגען גאַנצע טעג רײידען װועגען די שילער פֿון דער דריטער אָפּטיילונג „נאַטשאַלנע". מיר האָבען געקענט יעדען פֿון זײ מיט'ן נאָמען, געװואוסט װוער זײיערע עלטערען זײַנען.

אײַנער פֿון זײ איז געװוען שימקע אַראַנאָװויטש פֿון פֿאַרברעזע, װועמען זײַן מוטער האָט אַלס קינד אַרױיפֿגעשטעלט אױיפֿ'ן פּאָליצע אין אַ טאָפּ מיט פֿעדערען. ער איז איצט געװוען אַ שעהנער יונג, מיט אַ שעהנעם רויטען פֿאַרב אין די באַקען. און װוען איך פֿלעג זעהן װוי ער געהט מיט ביכער אונטער'ן אָרעם, פֿלעגט מיר די האַרץ אױיסגעהן פֿון קנאה, געמישט מיט ליבע, צו איהם.

מיר האָבען זיך אינטערעסירט מיט אַלץ װואָס איז פֿאַרגעקומ'ען אין דער „נאַטשאַלנע" און אין אינסטיטוט. מיר האָבען געהאַט פֿאַרשידענע אַנעקדאָטען װועגען די לעהרער (אײַנער פֿון זײ — אין דעם „פּריגאָטאָװויטעלנעם" קלאַס — איז איצט געװוען מיכאיל װואַלפֿער).

195איך פֿלעג מיט לעװוענסאָנ'ען פֿאַרברענגען פֿיל צײַט. ער איז געװוען זעהר פֿעהיג, און מיר פֿלעגען מאַכען „זאַדאַטשעס" צוזאַמ'ען, שמועסען, פֿאַנטאַזירען. ער פֿלעגט מיר דערצעהלען װועגען זײַן שטעטעל מאַלאַט, און װועגען זײַן אינטערעסאַנטען פֿאָטער.

הירשקע איז געװוען אַן אפֿיקורס, אַזױי װוי זײַן פֿאָטער. אָבער מיר באַקעהרען האָט זיך איהם ניט אײַנגעגעבען. ער איז געװוען עלטער און אַנטװויקעלטער פֿאַר מיר, אָבער טראָץ דעם און טראָץ זײַנע גוטע פֿעהיגקייטען, איז ער ניט געװוען אימשטאַנד צו ענטפֿערען אױיף די פֿראַגען, װואָס איך פֿלעג איהם שטעלען. דאָס הײסט אָבער ניט, אַז ער האָט ניט געהאַט װואָס צו ענטפֿערען. ער איז געװוען פֿון יענע מענשען, װואָס האָבען פֿײַנט צו דעבאַטירען. אױיב זײ גלױיבען ניט אין אַ זאַך, מאַכען זײ פֿון איהר חוזק. אַנשטאָט זיך אַרײַנצולאָזען אין אַרגומענטען, לאַכען זײ אָפּ. פֿון גאָט פֿלעגט לעװוענסאָן מאַכען שפּאַס, זאָגען גיפֿטיגען װויצען װועגען איהם.

איך בין שױין דאַן ניט געװוען פֿרום. דאַװוענען האָב איך שױין לאַנג אױיפֿגעהערט. און שרײַבען אום שבת האָב איך שױין אױיך ניט מורא געהאַט. אָבער אױיפֿגעהערט צו גלױיבען האָב איך ניט.

הירשקע האָט גענעכטיגט, אָהן געצאָהלט, בײַ זײַן לאַנדסמאַן אין פּרייס'עס הױיף. און אױיף עסען האָט ער פֿאַרדינט אַ פּאָר רובעל אַ מאָנאַט פֿון אוראָקען. ער האָט אָפֿט צוגעהונגערט. ער האָט זיך אָבער אימער געמאַכט פֿרעהליך. ער האָט פֿיל גערעדט װועגען געשלעכטס-ענינים. אַזױי װוי ער איז געװוען עלטער, האָט ער געהאַט ערפֿאַהרונגען, װועלכע זײַנען מיר נאָך געװוען פֿרעמד. אַזעלכע זאַכען פֿלעגט ער באַהאַנדלען אָהן צערעמאָניעס, מיט דעמזעלבען טאָן פֿון איראָניע, מיט װועלכען ער פֿלעגט רײידען װועגען רעליגיע. איך האָב דאָס פֿײַנט געהאַט. איך האָב געװואָלט, אַז מען זאָל װועגען אַזעלכע פֿראַגען געברױיכען אַן אַנשטענדיגערע, אַ ראָמאַנטישערע שפּראַך. איך פֿלעג װוערען בײַז און גיפֿטיג, און ער פֿלעגט מיר אױיסלאַכען.

7
קרילאָוו. — הירשקע רײַכערסאָן. — העברעאיש. — מײַן ערשטע ערפֿאַהרונג אַלם פֿאַרפֿאַסער.

196הירשקע לעװוענסאָן און איך האָבען זיך גענומ'ען צו קרילאָוו'ס פֿאַבלען. פֿילע פֿון זײ זײַנען געװוען צוזײַ'ט איבער די רוסישע כרעסטאָמאַטיעס („רידערס", לעזע-ביכלעך) פֿאַר שוהלען. מיר האָבען אָבער געקראָגען אַ בוך װואָס האָט ענטהאַלטען אַלע פֿאַבלען קרילאָוו'ס, און מיר האָבען איהם געלעזען און געלערענט כסדר, פֿון אָנהויב ביז'ן סוף.

עס איז געװואָרען אַ קרילאָוו פֿיבער בײַ מיר. גאַנצע טעג פֿלעג איך זיצען בײַ די פֿאַבלען, רײידען װועגען זײ, פֿאַרהערען זיך אין זײ מיט לעװוענסאָנ'ען. פֿילע פֿון זײ האָב איך אױיסגעלערענט אױיף אױיסװוייניג. דאָס איז מיר לײַכט ניט אָנגעקומ'ען, אָבער איצט האָב איך דאָס געטאָן מיט מײַן אײַגענעם װוילען. קײַנער האָט מיר די פֿאַבלען ניט אױיפֿגעגעבען.

איך בין געװוען טיף פֿאַראינטערעסירט, און, װוי אימער, האָט מײַן אינטערעס די שװוערסטע אַרבייט מיר גרינג געמאַכט.

קרילאָוו האָט הירשקע'ן און מיר געבראַכט אין נאָהענטע באַקאַנטשאַפֿט מיט הירשקע רײַכערסאָנ'ען, דעם זוהן פֿון דעם העברעאישען שרײַבער, װואָס האָט איבערגעזעצט דעם גאַנצען קרילאָוו אױיף העברעאיש. זײ האָבען געװואוינט אױיף קליין-שטעפֿאַנס גאַס (אין דעם הױיף װאו איציק מאיר דיק האָט געװואוינט, און װאו עס איז געװוען מײַן ערשטער חדר בײַ ישעיה באַלטערמאַנצער). אַ פּאָר מאָל אין טאָג פֿלעגט ער פֿאַרברענגען אין פֿרײַ'עם הױיף. און — איך געדענק ניט װוי אַזױי — מיר זײַנען באַקאַנט געװואָרען.

ער איז געװוען אין דעמזעלבען עלטער װוי לעװוענסאָן — צװוױי אָדער דרײי יאָהר עלטער פֿאַר מיר. פֿריהער איז ער אַ פּאָר יאָהר געגאַנגען אין אַ ראַבינער שוהל. אַלזאָ, האָט ער רוסיש גערעדט גוט. ער האָט אָבער געקענט העברעאיש אױיך, 197און אונטער זײַן אײַנפֿלוס האָב איך און הירשקע לעװוענסאָן גענומ'ען לעזען העברעאישע ביכלעך.

לעװוענסאָן איז באַלד אַװועקגעפֿאָהרען אין סוועניציאַן, װאו ער האָט באַקומ'ען עפּעס אַ שטעלע. מײַן אינטערעס אין העברעאישע ביכלעך האָט אָנגעהאַלטען אױיך אַ געװוױסע צײַט נאָכדעם.

צוערשט איז עס דאָס מיר ניט אָנגעקומ'ען לײַכט. ביסעלעכװוייז האָב איך זיך אָבער צוגעװואוינט און זײ געלייענט כמעט אַזױי גרינג װוי קרילאָוו'ס פֿאַבלען. איך האָב איבערגעלייענט מאַפּו'ס „אהבת ציון" און „אשמת שומרון"; אַ ראָמאַנטישע ערצעהלונג מיט'ן נאָמען „הפודה ומציל", יהודה לייב גאָרדאָנ'ס „עולם כמנהגו" און אַ העברעאישע איבערזעצונג פֿון דעם „עװויגען יוד" („הצופֿה בארץ נוד").

פֿון מאַפּו'ס עכט ביבלישע שפּראַך האָב איך געהאַט גרױיס הנאה. איך געדענק דעם תענוג, מיט װועלכען איך האָב צום צװוייטען מאָל איבערגעלייענט „אהבת ציון". צוליב דער פֿאַר-צייטיגקייט פֿון דער שפּראַך האָב איך זיך אַרײַנגעטראָגען אין די דורות פֿון די נביאים. איך האָב זיך לעבעדיג פֿאָרגעשטעלט די פּערזאָנען פֿון דעם נאַאיווען און זײיער תנ"ך לעבען.

דאָס איז געװוען מײַן דריטער שטאַרקער ליטעראַרישער גענוס. דער ערשטער איז געװוען מיט אַ יאָהר פֿיער-פֿינף פֿריהער, אין די פֿרײַטאָג-צו-נאַכט'ס'ען, װוען איך פֿלעג לעזען די סדרות „וישב", „מקץ", „ויגש" און „ויחי", און דעם „ספֿר הישר"; און דער צװוייטער — װוען איך האָב געהערט די מעשה מיט די אוצר-גרעבער, װואָס האָבען דערהערט די געזאַנג פֿון אַ שלאָפֿענדען קינד.

דעם פֿאַרגעניגען, װואָס איך האָב געהאַט בײַם לעזען „אשמת שומרון" געדענק איך שװואַכער. איך עראינער זיך נאָר מײַן ענטציקונג פֿון אַ געװוױסער שטעלע, װאו עס װוערט פֿאָרגעשטעלט װוי אין אַ יום-טוב'דיגען טאָג געהט דער עולם פֿון אַ פֿאַרזאַמלונג, װאו עס האָט גערעדט ישעיה; די פּערזאָנען פֿון דעם ראָמאַן שמועסען װועגען דעם נביא'ס רעדע. אַרײַנצופֿאַסען אױיסגעטראַכטע פּאַסירונגען אין דעם תנ"ך, 198אַזױי װוי זײ װואָלטען אין אמת'ן פֿאָרגעקומ'ען בשעת ישעיה האָט געלעבט — דאָס האָב איך באַטראַכט אַלס אַ װואונדערבאַרען אײַנפֿאַל. און דורך דער סצענע האָב איך דערפֿיהלט אַ נײַעם טעם פֿון װוירקליכקייט אין דעם ראָמאַן.

דאָס איז געװוען מײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט היסטאָרישער בעלעטריסטיק.

„עולם כמנהגו" האָט מיר אױיך פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגען, אָבער פֿון אַנאַנדער סאָרט. איך האָב די הנאה געהאַט פֿון דער סאַטירע און הומאָר, װואָס די ערצעהלונג ענטהאַלט. אַם דײַטליכסטען איז בײַ מיר אין זכרון פֿאַרבליבען די סצענע, װאו אַ גאַנצער עולם שלאָגט כפּרות מיט אײַן האָהן, װועלכער איז צוגעבונדען צו דעם ברעג פֿון אַ שטאַנגע. דעם שטאַנג מיט'ן האָהן האַלט מען אין דער הויך און מען דרעהט איהם איבער אַלעמען'ס קעפּ.

דאָס װואָס איך האָב געלעזען העברעאישע ביכלעך, איז מײַן טאַטען געפֿעלען געװוען. אַ פּאָר פֿון זײ האָט ער געלייענט אַ סך פֿריהער פֿאַר מיר, און אַ פּאָר האָט ער איצט געלייענט. דעם „עולם כמנהגו" האָבען מיר געלייענט אין אײַנעם. פֿונדעסטװועגען, װוען עס פֿלעגט איהם ביטער װוערען אױיפֿ'ן האַרצען, און איך פֿלעג איהם אַרױיסברענגענ'ען פֿון געדולד, פֿלעגט ער מיר רופֿען מיט מײַן געװועהנליכען נאָמען: „הפֿקר-יונג".

מײַן חבר'שאַפֿט מיט רײַכערסאָנ'ען איז פֿאָרטגעזעצט געװואָרען אױיך נאָכדעם װוי לעװוענסאָן איז אַװועקגעפֿאָהרען.

זײַן מוטער איז געװוען טויט, און זײַן פֿאָטער איז געװוען פֿאַרהייראַט אַ צװוייטעס מאָל. זײַן שטיף-מוטער, אַ יונגע פֿרוי מיט רויטע האָר, װועלכע זי פֿלעגט לאָזען אַרױיסקריכען פֿון אונטער דער קאָפּ-טיכעל, איז געװוען אַ גאַסטפֿרײַנדליכע און אַ פֿרעהליכע; פֿלעג איך און לעװוענסאָן צו זײ אַרױיפֿקומ'ען; און נאָכדעם װוי ער איז אַװועקגעפֿאָהרען, פֿלעג איך אַלײן אַרױיפֿקומ'ען.

די פֿאַמיליע האָט שױין דאַן געװואוינט אין אַנאַנדער דירה, אױיף אַ לאַנגען אײַזערנעם גאַניק, אין אַ גרױיסען הויף אױיף פֿראַנצישקאַנער גאַס. זײ האָבען געװואוינט זעהר אָרים.

199דער פֿאָטער איז אַ גאַנצען טאָג געװוען באַשעפֿטיגט אױיף זײַנע שטונדען, און װוען ער איז יאָ געװוען אין שטוב, האָט מען אױיך זעלטען געהערט זײַן קול. ער איז אימער געװוען פֿאַרנומ'ען מיט'ן שרײַבען, לעזען, אָדער טראַכטען. אַמאָל פֿלעגט ער אַרומגעהן איבער'ן שטוב און זיך שושקען מיט זיך אַלײן. „דאָס פֿאַרפֿאַסט ער אַ שיר" — האָט הירשקע מיר אַמאָל ערקלערט.

הירשקע איז געװוען געזעלשאַפֿטליכער און רעדעוודיגער װוי זײַן פֿאָטער, און זײַן טאָן איז כמעט אימער געװוען אַן אַנגענעהמער. צו זײַן שטיף-מוטער האָט ער זיך פֿאַרהאַלטען פֿרײַנדליך, און װוען זי פֿלעגט מאַכען עפּעס אַ פֿרעהליכע באַמערקונג, פֿלעגט ער לאַכען מיט אַ סימפּאַטישען געלעכטער.

ער איז ניט געװוען קײן געזונטער, הירשקע. דער פּנים איז בײַ איהם אימער געװוען בלאַס. זײַנע שװוארצע אױיגען האָבען געהאַט אַ מונטערען בליק; אָבער װוען ער האָט גע'שמייכעלט, האָבען די דאָזיגע שװוארצע אױיגען, צוזאַמ'ען מיט זײַנע װוייסע צייהן, געבליטשעט מיט אַ טראַגישער װוארנונג. זײַן אױיסזעהן פֿלעגט מיר פֿאַרשאַפֿען צער.

הירשקע רײַכערסאָן האָט אָנגעהויבען איבערצוזעצען קרילאָוו'ען אױיף אידיש, און ער האָט מיר איבערגעלעזען כמעט יעדען איבערגעזעצטען פֿאַבעל זײַנעם.

אײַנמאָל האָב איך אױיך געפּרואוװעט איבערזעצען אַ פֿאַבעל. איך האָב דאָס געטאָן נאָר אױיף שפּאַס. אָבער הירשקע האָט געלױיבט מײַן איבערזעצונג, און בײַ אונז האָט זיך אױיסגעאַרבייט אַ פּלאַן, אַז איך זאָל איהם העלפֿען: איך זאָל איבערזעצען אַ טייל פֿון קרילאָוו'ס פֿאַבלען און ער זאָל מײַנע איבערזעצונגען אַרײַננעמ'ען אין זײַן װוערק, אונטער זײַן נאָמען.

איך בין געװוען אױיפֿ'ן זיבעטען הימעל. דאָס װואָס מײַן נאָמען װועט ניט דערמאָנט װוערען, האָט מיר ניט געקימערט — אַבי מײַנע גראַמען װועלען זײַן געדרוקט.

מיר זײַנען געװוען אַזױי אונערפֿאַהרען אין באַצוג צו פֿאַרפֿאַסערשע רעכט און פֿאַרפֿאַסערשען כבֿוד, אַז מיר האָבען אין דעם פּלאַן קײן אוננאַטירליכקייט ניט געזעהן. ניט רײַכערסאָן 200האָט געמיינט מיר צו באַרױיבען, ניט איך האָב געפֿיהלט אַז ער נעהמט דאָ מיר אָן אַן עוולה. פֿאַרקעהרט: דאָס װואָס ער לאָזט מיר אַנטייל נעמ'ען אין זײַן ליטעראַרישער אַרבייט האָב איך געהאַלטען פֿאַר אַ טובֿה.

איבערזעצען קרילאָוו'ס רוסיש אױיף אידיש, און ניט סתם איבערזעצען, נאָר צוזאַמ'ענשטעלען די װוערטער אין גראַמען — די דאָזיגע אַרבייט האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַ גרױיסען פֿאַרגעניגען.

דאָס איז געװוען מײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער זיס-ביטערער קליפֿה, װועלכע מען רופֿט פֿאַרפֿאַסער-אַמביציע.

אָבער קײן בלומען-קראַנצען האָט מיר דיזע ערשטע פֿראָבע ניט געבראַכט.

דעם „ליגנער" — אײַנע פֿון די לענגסטע פֿאַבלען אין קרילאָוו'ס זאַמלונגען, האָב איך געהאַלטען פֿאַר זײַן גרעסטע מײַסטערװוערק. איך האָב איהר געקענט אױיף אױיסװוייניג. איך פֿלעג איהר ליב האָבען צו דעקלאַמירען. אַלזאָ, האָב איך איהר אױיסגעקליבען פֿאַר מײַן אָנהויב.

שפּאַצירענדיג מיט אַ באַקאַנטען, דערצעהלט דער ליגנער װועגען אַן אוגערקע גרױיס װוי אַ באַרג. זײ דאַרפֿען אַריבערגעהן איבער אַ ברוק, און זײַן באַגלייטער זאָגט איהם, אַז דער ברוק האָט אַזאַ טבֿע, דאָס װוען אַ ליגנער טרעט אױיף איהם אַרױיף, װוארפֿט ער איהם אַרײַן אין טײַך. דער ליגנער דערשרעקט זיך און ער הויבט אָן „אַראָפּצולאָזען" פֿון דער גוזמא: די אוגערקע איז ניט געװוען גרױיס װוי אַ באַרג, נאָר װוי אַ הויז. דערנאָך װוערט זי בײַ איהם נאָך קלענער; און אַזױי געהט עס װוייטער. װוען די צװוױי פֿאַרבײַגעהנער האַלטען שױין בײַ דעם ברוק, איז שױין די אוגערקע אַזױי װוי אַלע אוגערקעס.

װוען איך האָב זיך גענומ'ען צו דער אַרבייט, האָט זיך אַרױיסגעשטעלט, אַז דער װויכטיגסטער װוארט אין דער פֿאַבעל איז אַ שטרױיכלונג צו די פֿערזען. דער רוסישער װוארט „אָגורעץ" גראַמט זיך גרינג. צו דעם אידישען װוארט „אוגערקע" אָבער איז שװוער צו געפֿינען אַ גראַם. האָב איך זיך אַזאַ עצה געגעבען: איך האָב די אוגערקע פֿאַרװואַנדעלט אין אַ נוס. צו „נוס" איז לײַכטער צו געפֿינען אַ גראַם.

201דעם מילדען, גוטען הירשקען, װועלכער איז פֿון אַלץ געװוען צופֿרידען, איז דער פּלאַן געפֿעלען געװואָרען, און פֿון מײַן איבערזעצונג איז ער געװוען ענטציקט.

אױיף מאָרגען אָבער האָט ער מיר אָנגעזאָגט אַ שלעכטע בשורה: זײַן פֿאָטער איז ניט נאָר נאָך געגען מײַן „נוס", נאָר געגען אונזער גאַנצען פּלאַן.

אַן איבערזעצונג מוז זײַן אַן איבערזעצונג — האָט ער געזאָגט. אין דעם אָריגינאַל װוערט דערצעהלט װועגען אַן אוגערקע, מוז בלײַבען אַן אוגערקע. קרילאָוו האָט קײן פֿאַבעל װועגען אַ נוס ניט אָנגעשריבען. און װואָס אַנבאַטרעפֿט מײַן מיטאַרבייטערשאַפֿט, קען מען דאָס איבערהױיפֿט ניט ערלױיבען, װוייל די איבערזעצונג גײהט אױיף הירשקע'ס נאָמען און ניט אױיף מײַנעם, און באַנוצען זיך מיט פֿרעמדע אַרבייט טאָר אַ פֿאַרפֿאַסער ניט.