202מײַן אינטערעס אין העברעאיש איז פֿאַרשװואונדען. מיר האָט אינטערעסירט נאָר אײַן שפּראַך: רוסיש. צו קענען גוט רוסיש און צו זײַן אַ געבילדעטער מענש — דאָס איז געװוען מײַן הויפּט אַמביציע.
אין שטוב איז אַלץ געהאַנגען אַ חושך. אָבער פֿון לערנען זיך אַ מלאכה האָב איך ניט געװואָלט הערען. איך מוז שטודירען. פֿריהער צי שפּעטער — דיזער װואונש מײַנער מוז מקוים װוערען.
אײַדער װואָס-װוען, האָב איך זיך מישב געװוען װוידער צו גאַהן אין אַ „נאַראָדנאַיע אוטשילישטשע". אײ, איך האָב שױין דאָס אַלץ געלערנט און האָב שױין אַן אַטעסטאַט? װועל איך דאָס דורכמאַכען נאָך אַמאָל. יעדענפֿאַלס װועל איך װוידער רײידען רוסיש אונטער דער השגחה פֿון אַ לעהרער, װוידער פֿראַקטיצירען גראַמאַטיק און אַריפֿמעטיק. עס איז אָבער אױיך געװוען אַ צװוייטע אורזאַכע פֿאַרװואָס איך האָב זיך באַשלאָסען װוידער אָנצוקומ'ען אין דער נאַראָדנאַיע אוטשילישטשע: אָט טאַקע די שװוערע שטימונג, װואָס האָט געהערשט בײַ אונז אין שטוב.
דאָס הײסט ניט, אַז די מאַמע האָט מיר געטריבען צו גאַהן פֿאַרדינען, אָדער אַז זי האָט מיר געטאַטשעט. זעלטען װוען איך האָב פֿון איהר געהערט אַ בײיזען װוארט; און פֿון דעם טאַטען נאָך זעלטענער. אױיב ער האָט מיר אַמאָל יאָ 203גערופֿען „סאַמאָװואָליעץ" אָדער „הפֿקר-יונג", האָב איך געװואוסט, אַז ער מײנט מיט דעם גאָרניט. אָבער זיצען און קוקען אױיף זײיערע פֿאַרטרױיערטע פּנים'ער איז מיר געװוען שװוער.
איך בין, אַלזאָ, װוידער אַרײַן אין דער נאַראָדנאַיע אוטשילישטשע, אין דערזעלבער, װאו איך בין פֿריהער געגאַנגען — אױיפֿ'ן פֿערד-מאַרק; אָבער ניט צו גאַהן פֿון 2 ביז 4, װוי פֿריהער, נאָר פֿון 12 ביז 2. דאַן זײַנען די לעהרער געװוען אַנדערע. אַנשטאָט ציפֿקינ'ען און װואַלפֿער'ן — פּונקט און מאַרגאָלין.
איך האָב געקענט זיך פֿאַרשרײַבען גאָר אין אַנאַנדער פּלאַץ, װוארום, װוי שױין געזאָגט, זײַנען אַזעלכע אוטשילישטשעס אין װוילנא געװוען עטליכע. אָבער װועגען מאַרגאָלינ'ען, װועלכער איז געװוען דער לעהרער פֿון רוסיש לעזען און גראַמאַטיק, האָב איך געהערט גינסטיגע מײַנונגען.
די לעהרער, װואָס האָבען געגעבען אונטעריכט פֿון 12 ביז 2 פֿאַר אינגלעך, האָבען פֿון נײַן ביז עלף אין דער פֿריה געלערנט מיט מיידלעך, און פֿאַר דער דאָפּעלטער אַרבייט האָבען זײ, אַ חוץ זײיער געהאַלט, באַקומ'ען װואוינונגען. פּונקט איז געװוען דער הויפּט (פּרינסיפּאַל) פֿון דער גאַנצער שוהל, און ער האָט געהאַט אַ גרעסערע קװואַרטיר װוי מאַרגאָלין.
בײַדע זײַנען זײ געװוען בלאָנד. װוייטער אָבער האָבען זײ אױיסגעזעהן גאַנץ פֿאַרשידען. אײַנער פּונקט פֿאַרקעהרט װוי דער אַנדערער — פֿלעג איך זיך קלערן. מאַרגאָלין איז געװוען הויך און שלאַנק, און אַ באָרד האָט ער געטראָגען אַ פֿולע, װועהרענד פּונקט איז געװוען נידעריגער און פֿליישיגער, און די באָרד האָט ער אין מיטען אױיסגעגאַלט, איבערלאָזענדיג באַקען-בערד פֿון די זײַטען.
מיר פֿלעגט זיך דוכטען, אַז פֿאַר אַ לעהרער פֿון גראַמאַטיק פּאַסט זיך טאַקע צו זײַן הויך און צו טראָגען אַ פֿולע באָרד, און פֿאַר אַ לעהרער פֿון אַריפֿמעטיק — צו זײַן ניט-הויך און טראָגען באַקען-בערד.
זײ האָבען געװואוסט, אַז איך האָב שױין אײַנמאָל געענדיגט. אָבער דאָס האָט זײ ניט געקימערט. פֿאַרקעהרט: זײ האָבען געװואָלט האָבען אַ שילער, װואָס װועט מאַכען אַ גוטען אײַנדרוק 204אױיף דעם אינספּעקטאָר. אַז דער אינספּעקטאָר װועט מיר דערקענונג, האָבען זײ ניט געהאַלטען פֿאַר װואַהרשײַנליך.
מײַנע ערװוארטונגען אין באַצוג צו מאַרגאָלינ'ען זײַנען פֿאַרװוירקליכט געװואָרען. ער האָט ניט געהאַט װואַלפֿער'ס טאַלאַנט אַלס פּעדאַגאָג און ניט זײַן ברען; ער איז אָבער געװוען אַ פֿליסיגער לעהרער און אַ גוטער מענש, און ער האָט אונז געלערנט ניט נאָר אין די צװוױי שטונדען װואָס מיר זײַנען געזעסען אין קלאַס, נאָר אין אַנדערע שטונדען אױיך. איך בין געװואָרען אַ גאַנצער אײַנגעהער אין זײַן שטוב, און ער פֿלעגט אָפֿט מיט מיר זיצען בײַ זײַן טיש, לעזען מיט מיר, ערקלעהרען, דיקטירען, דורכקוקען װואָס איך האָב געשריבען. ער איז אױיך געװוען אַן „אױיסגעהאָדעװועטער חתן". זײַן שװוער האָט געהאַלטען אַן אכסניה ניט װוייט פֿון שבת זשירמונסקי'ם הויף.
אין די מאָמענטען, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין זײַן קלאַס און בײַ איהם אין שטוב, האָב איך דערפֿיהלט אין דער רוסישע שפּראַך אַ נאַטירליכער לשון בײַ מיר. איך האָב אױיף איהר שױין גערעדט פֿליסיג, און איך האָב זעהר ליב געהאַט צו רעדען אױיף איהר.
פֿון די אינגלעך, װואָס האָבען מיט מיר צוזאַמ'ען געלערנט אין דעם צװוייטען קלאַס פֿון פּונקט'ס און מאַרגאָלין'ם שוהל, בין איך נאָך הײַנטיגען טאָג באַקאַנט געװוען מיט דרײַ. אײַנער פֿון זײ — דער זוהן פֿון אַ רײַכען געשעפֿטסמאַן — האָט געהייסען זאַק; דער צװוייטער — אַ זוהן פֿון דעם הויפּט-פֿעלדשער אין דעם אידישען האָספּיטאַל — האָט געהייסען שטריק, און דער דריטער — דער זוהן פֿון אַ פּריװואַט-לעהרער אױיף פֿראַנצויזיש און אױיף דײַטש — גאָלדבלאַט. די ערשטע צװוױי זײַנען געװוען נאָהענטע חברים צװוישען זיך, און אײַנער פֿון די שילער, אַ בחור פֿון אַ יאָהר צװואַנציג, האָט געזאָגט אױיף זײ אַ װויץ, אַז „די שטריק איז אַרומגעבונדען אַרום דעם זאַק".
גאָלדבלאַט איז מיר געפֿעלען געװואָרען, װוייל זײַן נאָמען האָט מיר געקלונגען שעהן: אַ גילדערנע בלאַט. דערנאָך איז 205ער מיר אָבער געפֿעלען געװואָרען מיט זיך אַלײן און מיר זײַנען געװואָרען אינטימע חברים. ער האָט פֿאַרנומ'ען לעװוענסאָנ'ס אָרט אין מײַן האַרצען. ער איז אָבער געװוען אַ גאַנץ אַנדער טיפ װוי דער זוהן פֿון דעם מאַלאַטער סטאָליער. אונזער אמת'ע חבר'שאַפֿט האָט זיך אײַגענטליך אָנגעפֿאַנגען אַביסעל שפּעטער.
איך האָב ניט גערוהט. איך מוז שטודירען. עס האָט מיר שױין ניט אױיסגענומ'ען אױיף װואָס אַדער װאו. אַבי מאַכען פֿאַרטשריט. איך בין ניט געװוען דער אײַנציגער אַזעלכער.
פֿון אַלע זײַטען האָב איך געהערט װועגען אינגלעך, װואָס פֿערטיגען זיך צו עפּעס אַ שוהל. אין פּסקאָװו איז געװוען אַן אוטשילישטשע פֿון פֿעלד-מעסטערן (סורװועיאינג), האָט מען זיך געגרייט צום עקזאַמ'ען אָנצוקומ'ען אַהין; אין גאָרקי, מאָהיליױװוער גובערניע, איז געװוען אַן עהנליכע שוהל, האָט מען זיך געפֿערטיגט צו פֿאָהרען אַהין. אין קיעװוער גובערניע איז געװוען אַן אַנשטאַלט, װאו מען האָט געלערנט גערטנערײַ. דאַכט זיך, װוי קומט אַ איד צו אַזאַ באַשעפֿטיגונג? פֿונדעסטװועגען האָבען זיך געפֿונען בעלנים אױיף דעם אױיך. און װוען מען װואָלט געקענט אָנקומ'ען אין אוניװוערסיטעט אָהן אַן אַטעסטאַט פֿון אַכט קלאַסען גימנאַזיע מיט פֿילע יאָהרען לאַטײן, גריכיש, מאַטעמאַטיק, װואָלטען טױיזענדער אידישע בחורים געפֿלױיגען שטודירען מעדיצין אָדער יוריספּרודענץ. אַזױי אָבער װוי דאָס איז געװוען אונמעגליך, האָט מען זיך געקליבען צו אַזעלכע שטודיומס, צו װועלכע מען האָט קײן גימנאַזיע-אַטעסטאַט ניט געפֿאָדערט.
אין מאַריאַנפּאָל, סואַװואַלקער גובערניע, איז געװוען אַ פּראָגימנאַזיע, װואו דער דירעקטאָר און די לעהרער זײַנען ניט געװוען אַזױי שטרענג װוי אין װוילנא. האָבען זיך אַהין אַװועקגעלאָזען 206עטליכע צעהנדלינג אידישע אינגלעך, װואָס האָבען אין װוילנא ניט אױיסגעהאַלטען דעם עקזאַמ'ען.
איך האָב זיך באַשלאָסען דערװוייל צו פֿאָהרען אין טראָק, און אָנקומ'ען אין דער דאָרטיגער „אױיעזדנאַיע אוטשילישטשע". אַזאַ שוהל האָט געהאַט די הויפּט-שטאָדט פֿון יעדען אוועזד, און טראָק איז געװוען די הויפּט-שטאָדט, און ניט מעהר װוי פֿיער מײל פֿון אונז. אַן אוטשילישטשע פֿון דיזען סאָרט איז באַשטאַנען פֿון צװוױי קלאַסען; זי איז אָבער געשטאַנען העכער װוי „נאַראָדנאַיע". צװוישען אַנדערע זאַכען האָט מען דאָרטען געלערנט געאָמעטרישע „טשערטשעניע" (צייכענען), און פֿון איהר האָט מען צוגעלאָזען אין געװוױסע טעכנישע שוהלען אָדער שוהלען פֿון ערד-מעסטען, װוי די פּסקאָװוער אָדער די גאָרקיער, למשל. און קײן מעטריקעס האָט מען דאָרטען ניט געפֿאָדערט.
נאָר אַן אורזאַכע, פֿאַרװואָס איך האָב זיך אױיסגעקליבען די טראָקער שוהל, איז געװוען דער פֿאַקט, אַז דאָרטען האָט געװואוינט דוד דער פֿעלקסער, און בײַ איהם האָב איך געקענט האָבען אַ פֿרײַע קװואַרטיר. און מכח עסען, איז עטליכע גילדען אַ װואָך געװוען גענוג פֿאַר מיר. און טאָמער װועט מען דאַרפֿען צוהונגערן, בין איך אױיף דעם אױיך געװוען באַרײַט. װואָס אַנבאַטרעפֿט דער רײַזע קײן טראָק, האָט זי געקאָסט אַ קלײיניגקייט — דרײַסיג קאָפּיקעס, דאַכט זיך, פֿאַר אַ בילעט אױיפֿ'ן באַהן ביז לאַנדװואַראָװואָ, און פֿון דאָרטען מיט אַ פֿוהר עטליכע װוערסט.
איך האָב זיך גענומ'ען גרייטען צום צװוייטען קלאַס אױיעזדנאַיע אוטשילישטשע. דאָס אײַנציגע װואָס מיר האָט געפֿעלט איז געװוען געאָמעטרישע „טשערטשעניע". האָב איך ערגעץ-װואו געקראָגען אַ העפֿט מיט פֿיגורען און מיט געשריבענע ערקלערונגען און אַן אַלטען צירקעל, און האָב זיך גענומ'ען צו דער אַרבייט.
דאַן האָב איך זיך דערװואוסט טשיקאַװוע זאַכען. װועגען דעם ראַדיוס (װוייטיגקייט צװוישען דעם מיטעל-פּונקט פֿון אַ קײַקעל און דעם קײַקעל גופֿא) בין איך געװואָהר געװואָרען דאָס פֿאָלגענדע, צום בײַשפּיל: ער איז פּונקט אַזױי לאַנג װוי 207יעדער קאַנט פֿון אַן עכט זעקס-קאַנטיגע פֿיגור, װועלכע פֿאַסט זיך פּונקט אַרײַן אין דעם זעלביגען קײַקעל.
אױיף דיזען אָרט האָב איך זיך אױיסגעלערנט אױיסצוצייכענען אַן עכט זעקס-קאַנטיגע פֿיגור. װוי פֿון אַ זעקס-קאַנטיגער צו מאַכען אַ צװועלף-קאַנטיגע אָדער אַ דרײַ-קאַנטיגע, קען מען שױין דאַן אַלײן פֿאַרשטעהן.
איך האָב זיך אױיך אױיסגעלערנט צוטיילען אַ װוינקעל אױיף צװוױי אָדער אױיף דרײַ גלײַכע טײַלען, און אַנדערע „קונצען", װואָס זײַנען שייך צו פּראַקטישער געאָמעטריע.
דאָס אַלץ האָט מיר שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, און װוען אַ זאַך האָט מיר פֿאַראינטערעסירט, בין איך אין איהר שױין פֿאַרקאָכט געװואָרען. װואו איך האָב נאָר געכאַפּט אַ שטיקעל פּאַפּיר, האָב איך אױיף דעם געדרעהט מיט מײַן צירקעל „געװוירעט", געמאָסטען, געמאַכט פֿיגורען. טאָג און נאַכט האָב איך זיך מיט דעם באַשעפֿטיגט.
— שאַ, ער האָט שױין עפּעס אַ נײַע משוגעת! — האָט די מאַמע געזאָגט.
איך האָב באַדאַרפֿט האָבען צװוױי צירקלען: אײַנעם אױיף אַרײַנצושטעלען אַ בלײַשטיפֿט און צו מאַכען קײַקלען, און אײַנעם אױיף צו מעסטען. דאָס האָב איך אָבער ניט געקענט דערלאָזען, האָב איך דעמזעלבען צירקעל געברױיכט צו בײַדע צװועקען, אָדער איך פֿלעג מעסטען מיט פּאַסיקלעך פּאַפּיר, אַזױי װוי אַ פֿאַרצײַטיגער שנײַדער נעמט אַ מאָס.
װוען איך האָב זיך ענדליך צוגעקליבען צו פֿאָהרען קײן טראָק, האָט די מאַמע געװוינ'ט, אַזױ װוי איך װואָלט געפֿאָהרען קײן אַמעריקא.
דוד דער פֿעלקסער איז ניט געװוען אין דערהיים. אָבער זײַן פֿרוי, זײַן טאָכטער און זײַן אײדעם, װועלכע האָבען געװואוינט צוזאַמ'ען, זײַנען געװוען זעהר גאַסטפֿרײַנדליך צו מיר. דער אײדעם איז געװוען אַ בלעכער, און ער האָט זײַן אַרבייט געטאָן אין דערהיים. עס איז געװוען גענוג ענג אָהן מיר אױיך. זײ האָבען אָבער געטאָן אַלעס מעגליכעס מיר צו מאַכען באַקװועם.
װוען איך בין געקומ'ען, האָט מען שױין אין דער אױיעזדנאַיע 208אוטשילישטשע געלערנט, און בײַדע קלאַסען זײַנען שױן געװוען פֿול.
דוד דעם פֿעלקסער'ם אײדעם — אַ קלײיניגקער, אַ יונגינקער, אַ גוטהערציגער, מיט אַ קלײיניגקער בערדעלע און מיט אַ ליבליכער שמייכעל אױיף די ליפֿען, האָט גענומ'ען עפּעס טאָן, דעם סמאַטריטעל װוייכער צו מאַכען. ער האָט געקויפֿט עטליכע פֿונט צוקער און דאָס איהם אַװועקגעטראָגען אַ „מתּנה". דער סמאָטריטעל האָט אָבער די „מתּנה" ניט אָנגענומ'ען, און דער בלעכער האָט די צוקער אומגעקעהרט דעם קרעמער — אַזױי האָט ער מיט איהם אָפּגעמאַכט.
ער האָט געזוכט אַנדערע „װוייך-מאַכענדע" רפֿואות. ער האָט אָבער ניט געקאָנט געפֿינען.
מיט דעמזעלבען צוועק װוי איך איז קײן טראָק דאַן געקומ'ען נאָך אַ װוילנער אינגעל. איהם האָט מען אױיך ניט צוגענומ'ען, און מיר האָבען די עטליכע טעג דאָרטען פֿאַרבראַכט צוזאַמ'ען.
טראָק, די אַמאָליגע שטאָדט פֿון ליטװוישע פּרינצען, איז באַריהמט מיט דרײַ זאַכען: מיט איהרע אָזיערעס, מיט די חורבות פֿון פֿאַרצײַטיגע הערשער און מיט איהרע קאַראַאימען. האָבען מיר דאָס אַלץ באַקוקט.
מיר האָבען געזעהן װוי מען פֿאַרריכט נעצען צום פֿאַנגען פֿיש. דורך אַ פֿענסטער האָבען מיר געזעהן און געהערט װוי אַ קאַראַאימער מלמד לערנט מיט אַ תּלמיד; און אױיף אַ לאָרקע זײַנען מיר צוגעפֿאָהרען צו אַן אינזעל װואו עס געפֿינען זיך די היסטאָרישע חורבות, און דאָרטען פֿאַרבראַכט בײַ אַ שעה צײַט.
דאָס אַלץ איז מיר געװוען אינטערעסאַנט. אָבער דעם שטאַרקסטען אײַנדרוק האָט אױיף מיר געמאַכט גאָר אַנאַנדער זאַך.
די נאַכט איז געװוען זעהר אַ פֿינסטערע. איך און דער אַנדערער װוילנער אינגעל זײַנען געגאַנגען איבער דער הויפּט-גאַס און געשמועסט. די ליכט פֿון די הײַזער האָבען פֿון װוייטען אױיסגעזעהען װוי שטערען אין הימעל. אַזױ האָט זיך מיר אױיסגעדוכט. אַלץ האָט מיר אױיסגעקוקט אַזױ װוי אַ װועלט װואָס 209געפֿינט זיך גאַנץ װוייט פֿון אונז. דער בילד איז פֿאַר מיר געװוען אַ נײַעס. אין אַ גרױיסער שטאָדט איז אַזאַ נאַכט ניט מעגליך. און אפֿשר האָט דער אײַנדרוק געשטאַמט פֿון דעם װואָס איך בין איצט צום ערשטען מאָל געװוען אין דער פֿרעמד.
אַזױ, צי אַזױי — מיר האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַז די ליכט, װואָס זעהען זיך אין דעם תּהום פֿון פֿינסטערניש, שײַנען אין װוייטע צויבער-געצעלטען.
אױיף מאָרגען בין איך אַװועקגעפֿאָרען פֿון טראָק. מעהר בין איך דאָרטען קײַנמאָל ניט געװוען, און דיזער נאַכט-בילד איז די בולט'סטע עראינערונג װואָס איז מיר פֿאַרבליבען פֿון איהר.
מײַן פֿאָטער האָט זיך געמוזט נעמ'ען צו זײַן אַלטער פּרנסה — מלמדות. ער האָט דאָס געטאָן ניט אין װוילנא, נאָר אין אַ דאָרף מיט'ן נאָמען בערעזאָװוקע. אין װוילנא האָט ער זיך געשעמט צו קנעלען. דאָס איז אָבער געװוען נאָר אײַן אורזאַכע, און ניט די װויכטיגסטע. די הױיפּט-זאַך איז באַשטאַנען אין דעם, װואָס אױיף צוזאַמ'ענשטעלען אַ חדר געגען דער ברענענדיגער קאָנקורענץ פֿון די שטאָדטישע מלמדים האָט איהם געפֿעלט בריה'שקייט, קאַמף-פֿעהיגקייט. אין בערעזאָװוקע, װוידער, האָט ער צוזאַמ'ענשטעלען דעם חדר ניט באַדאַרפֿט. איהם האָט דאָרטען געדונגען אַ ישובֿ'ניק צו לערנען מיט זײַנע דרײַ אינגלעך. דער ישובֿ'ניק איז געװוען אַ רײַכער בעל-הבית, און ער האָט איהם געצאָהלט אַ גוטען שׂכר-למוד און קעסט.
די מאַמע האָט זיך מיט מיר דאַן אַרײַנגעקליבען אין אַ קלײַנעם צימער אין אַ דורכהױיף, װועלכער איז גענאַנגען פֿון דער זאַװואַלנע (אַנטקעגען זאַװואַל'ס הױיף) צו די „בוסאַקעס", לעבען דעם פּלאַץ װואו דער פֿעטער מאיר האָט געװואוינט.
210מסתּמא איז איצט געװוען גענוג צום לעבען, װואָרים די מאַמע איז געװוען אין אַ בעסערען געמיט. זי פֿלעגט אָפֿט אַרײַנגעהן צו דעם פֿעטער מאיר, װואו זי פֿלעגט ליב צו האָבען צו פֿאַרברענגען מיט זײַן שעהנע און קלוגע טאָכטער, איטקע. אָבער עפּטער פֿלעגט זי נאַטירליך באַזוכען איהר פֿאָטער און שװועסטער אין כאַמינסקי'ס הױיף.
אין דעם דורכהױיף האָבען מיר געװואוינט נאָר אַ האַלב יאָהר, דאַכט זיך. דערנאָך האָבען מיר זיך אַריבערגעקליבען אױיפ'ן סאַמע פֿערד-מאַרק. אָבער פֿון דאָרטען איז אױיך געװוען ניט װוייט צום פֿעטער מאיר.
די נײַע דירה איז געװוען אין אַ גרױיסען, גרױיסען הױיף — קאָזלאָװוסקי'ס; מיר האָבען דאָרטען געװואוינט בײַ אַ אידען װואָס פֿלעגט באַשטעלען פּעלצען בײַ פּעלצען-שנײַדער און זײַ דערנאָך פֿאַרקױיפֿען. די הױיפּט-ראָלע אין דעם געשעפֿט האָט געשפּילט זײַן טאָכטער — שױין ניט קײַן יונגע מײַדעל, װועלכע האָט געהאַט אַ שֵם פֿאַר אַ קלוגע און אַ בריה. זי פֿלעגט מיט די פּעלצען פֿאָהרען אױיף יאַרידען.
זייער דירה איז געװוען אין אַ קעלער, און מיר האָבען דאָרטען געהאַט אַ שמאָלען קאַמער.
איך האָב שױין געזאָגט, אַז דער פֿערד-מאַרק איז אין אמת'ען געװוען אַ תּבֿואה-מאַרק. אַהער פֿלעגען פּױיערים ברענגען זייער קאָרן, װוייץ, גערשטען, האָבער, זױמען, און דאָ פֿלעגען אידען דאָס בײַ זײַ אָפּקױיפֿען. אַרום דעם מאַרק האָבען געװואוינט אידישע סוחרים און סוחרים'לעך, קאָמיסיאָנערען, הענדלער, מעקלער, מעקלערלעך אַלערלײַי, װואָס האָבען דאָ געשעפּט זייער חיונה. די גרעסערע סוחרים האָבען די תּבֿואה געשיקט קײַן דײַטשלאַנד, און דעם נאָמען פֿון דער דײַטשער שטאָדט קעניגסבערג האָט מען דאָ געהערט עפֿטער װוי די נעמ'ען פֿון װוילנער גאַסען.
די ערד אױיפ'ן מאַרק און אַרום און אַרום איז אימער געװוען אױיסגעפּינטעלט מיט קערנער, און די לופֿט האָט אימער גע211טראָגען דעם אָנגענעמ'ען ריח פֿון תּבֿואה — פֿון „געטריידע", װוי די אינגערע סוחרים פֿלעגען זאָגען.
דרײַ זײַטען פֿון דעם מאַרק זײַנען אַרומגעזוימט מיט הױיפֿען. די דריטע זײַט, װועלכע איז זײַן לענג, איז אָפֿען. דאָ, אין מיטען פֿון דעם אָפֿענעם ברעג איז געשטאַנען אַ גרױיסע הילצערנע הױיז, װואו עס האָט זיך געפֿונען די שטאָדט-געװויכט. דאָ פֿלעגט מען װועגען סחורה. מען האָט דאָס גערופֿען „די ראָטהױיז". פֿאַרװואָס, װוייס איך ניט.
בײַ אײַנעם פֿון די צװוױי קירצערע ברעגעס פֿון דעם מאַרק, בײַ קאַזלאָװוסקי'ס הױיף, נעמליך, פֿלעגט אַ טייל פֿון דעם שטח דינען אַלס אַ מאַרק פֿון גרינסען און לײַכטע פֿרוכט. אַהער פֿלעגט דער פֿריהלינג קומ'ען דירעקט פֿון די דאָרפֿישע גערטנער, פֿאַרקערפּערט אין פֿריש-קאָלירטע, פֿריש-זאַפֿטיגע אונגאַרקעס, מערען, סרוטשקע (ברוטשקע), אַרבעס-שױיטען, פֿאַרטשעקעס, ברוסניצעס — הױיפּטזעכליך אונגאַרקעס. דאָ איז געװוען דער אונגאַרקע-יאַריד פֿון װוילנא.
אַן אונגאַרקע אָקערשט פֿון דער פֿײַכטער ערד, ניט קײַן צו גרױיסע, און ניט קײַן צו דיקע, אַ גרינע אונגאַרקע, ניט קײַן צו דונקעלע, מיט „פֿאָסקען" און מיט אַ װוייסען „בײַכעל" — װואָס קען, דאַכט זיך, זײַן געשמאַקער? — אַ מתּנה פֿון גאָט! פֿלעגען די װוייבער זאָגען, גריזשענדיג אַן אונגאַרקע. — אַ גרוס פֿון דער נאַטור! — האָט אַמאָל געזאָגט אַן אַלטער אפֿיקורס, װואָס האָט זיך געשניטען אױיף אַ פּאַעט. טראָקער אונגאַרקעס זײַנען געװוען די בעסטע.
װועגען מיט אונגאַרקעס. בערגן אונגאַרקעס אױיף דער ערד. װוייבער מיט קאַשיקעס שפּאַרען זיך, און פֿלאַנטערען זיך מיט זשעדנע אױיגען. און װוען זיי הױיבען אָן צו קלײַבען, דאַכט זיך אײַך, אַז פֿון אָנריהרען נאָר װוערען זיי װוי מיט װוײַן באַזױיפֿען.
אױיפ'ן מאַרק פֿלעגען זיך אַרומדרעהן װואָגען-גנבֿים און קעשענעניקעס, אַלטערע און אינגערע. געזונטע יונגע לאָבוסעם און מיטעל-יעהריגע פֿאַרברעכער, װועלכע האָבען מיט דער מלאכה זיך באַשעפֿטיגט פֿון קינדװוייז אָן.
שפּעט נאָכמיטאָג, װוען דער מאַרק איז שױין געװוען פֿאַריבער, 212פֿלעגען זיי זיך צוזאַמ'ענקלײַבען לעבען „ראָטהױיז" און דערצעהלען זיך מעשׂיות. מיט זיי צוזאַמ'ען פֿלעגען שטעהן פֿינגער-מלאכה'ניקעס; אַ פּאָר כּמעט עהרליכע מענשען, און אַמאָל זאָגאַר אַ פֿאָלשטענדיג עהרליכער מאַן. זיי פֿלעגען שטעהן און רײַדען מיט זיי, אַזױי װוי אַ פֿרומער איד רעדעט מיט אַ באַקאַנטען משומד, צו װועמ'ען ער איז שױין צוגעװואוינט.
די עהרליכע הענדלער און די הענדלערקעס האָבען פֿאַר די קעשענעניקעס מורא געהאַט. װוען זיי פֿלעגען שטילערהייט קענען װואָרנען אַ קרבן, אַז מען נעהמט זיך צו זײַן קעשענע, פֿלעגען זיי דאָס טאָן. אָפֿען אָפּשטעלען אַ גנבֿ האָט מען ניט געװואָלט ריזיקירען. מען דאַרף אָבער ניט מיינען, אַז די קעשענעניקעס האָבען געמאַכט גרױיסע געשעפֿטען. מייסטענס איז דאָס באַשטאַנען אין אַן אַרױיסציהען אַ טיכעל פֿון אַ קעשענע. אױיך זײַנען זיי ניט געװוען גרױיס אין צאָהל. װוען עס װואָלט געװוען אַ נישקשה'דיגע גרױיסע פֿאָליציי, װואָלט מען זיי געקענט אױיסראַמ'ען אין אײַן טאָג.
איך פֿלעג ליב האָבען צו שטעהן בײַם טױיער פֿון קאַזלאָװוסקי'ס הױיף און קוקען אױיפ'ן מאַרק, װוען ער איז געװוען אין פֿולען גאַנג. נאָר צװוױי מאָל האָב איך געזעהן די גנבֿים בײַ דער „אַרבייט".
אײַנמאָל האָב איך פֿון װוייט'ן געזעהן װוי אַ קעשענעניק באַ'גנבֿ'עט אַ יונגע קריסטליכע בעל-עגלה'בעסטע, װואָס איז געקומ'ען מיט אַ קאַשיק נאָך אונגאַרקעס. ער האָט זיך צו איהר צוגעדריקט אין דעם געטומל, אױיפֿגעהױיבען די זײַט פֿון איהר קלייד אַביסעל, דאָ װואו די קעשענע איז געװוען, כּדי זי זאָל ניט פֿיהלען װוי ער „אַרבייט", און אַרױיסגענומ'ען אַ בלעכענע פּושקעלע מיט געלט. בײַ מיר איז אײַנגעפֿאַלען די נשמה קוקנדיג. אָבער צולױיפֿען און איהם אָפֿהאַלטען האָב איך ניט געקאָנט. און װוען די יונגע פֿרױ האָט זיך גענומ'ען צו איהר קעשענע, צו באַצאָהלען פֿאַר די אונגאַרקעס, און זי האָט זיך געכאַפּט, אַז ס'איז ניטאָ די פּושקעלע, האָט זי געװוױינט מיט האַרצרײַסענדע קולות.
אַ צװוױיטען מאָל האָב איך געזעהן אַזאַ סצענע: אַ פֿױיערטע 213איז געזעסען אין אַ װואָגען מיט איהר קינד. איז צוגעגאַנגען אײַנער פֿון די עלטערע גנבֿים, אַ כאַפּ געטאָן דאָס קינד און גענומ'ען געהן. די פֿױיערטע איז מיט אַ געשרײַי אַראָפּגעשפּרונגען און זיך גענומ'ען יאָגען נאָך'ן גנבֿ. דערװוײַל איז אַנאַנדער גנבֿ צוגעלאָפֿען און צוגעכאַפּט אַ פֿעלץ, װואָס איז געלעגען אױיפ'ן װואָגען.
די פֿױיערטע האָט דעריאָגט דעם גנבֿ, און ער האָט איהר אומגעקעהרט דאָס קינד, כּלומרשט אַזױי װוי די גאַנצע געשיכטע װואָלט געװוען ניט מעהר װוי אַ שפּאַס. און װוען זי איז צוגעקומ'ען צו איהר װואָגען און זיך געכאַפּט אַז דער פֿעלץ איז ניטאָ, איז פֿאָרגעקומ'ען אַ שרעקליכע סצענע.
אײַנער פֿון די קעשענעניקעס, װואָס האָבען „אָפֿערירט" אױיפ'ן מאַרק, איז געװוען אַ ייִנגעל, װואָס האָט מיט מיר צוזאַמ'ען געאַרבייט אין דעם שנײַצער'ס װוארשטאַט, װואו איך האָב זיך געזאָלט לערנען די מלאכה. עס פֿלעגט מיר בלוטען מײַן האַרץ קוקנדיג אױיף איהם. איך פֿלעג מורא האָבען טאָמער רעדט ער צו מיר. ער האָט דאָס אָבער קײַנמאָל ניט געטאָן. ער פֿלעגט מיר פֿאַרבײַגעהן אַזױי װוי ער װואָלט מיר ניט געקענט.
קאַזלאָװוסקי'ס הױיף איז, אַלזאָ, געװוען בײַ אײַנעם פֿון די קירצערע זײַטען פֿון דעם מאַרק. די אַנטקעגענדיגע קורצע זײַט איז דער אָנהױיב פֿון פֿלאָשטשאַדקע. עליע-איטשע'ס ישיבֿה איז געװוען אַ מינוט גאַנג פֿון אונז. אין גײַסט אָבער איז זי איצט געװוען טױיזענדער מײַל פֿון מיר. איך האָב געלערענט נאָר רוסישע ביכלעך, און זיך אינטערעסירט נאָר מיט הײַנטיגער בילדונג — אױיף רוסיש. און מײַנע חבֿרים האָבען געהאַט דיזעלבע גײַסטיגע אינטערעסען װוי איך.
אײַנער פֿון זיי איז געװוען אַ אינגעל מיט שיטערע ציהן, מיט'ן נאָמען נאָדעל — דער זוהן פֿון אַן אױיסגעדינטען סאָלדאַט. צו דעם באַלעבאַטישען קלאַס האָבען אַזעלכע טאַטעס, װוי זײַנער, ניט געהערט, און פֿאַר קײַן יחוס האָט אַזאַ באַקאַנטשאַפֿט זיך ניט גערעכענט. אײַדער עס איז אײַנגעפֿיהרט געװואָרען די „נײַע סיסטעם" פֿון מיליטערישער דינסט, פֿלעגט מען פֿאַר סאָלדאַטען מייסטענס אָפּגעבען בחורים פֿון גאַנץ אָרימע עלטערן.
214זיי פֿלעגען בלײַבען אין דינסט פֿילע יאָהרען, און נאָר אַ קלײַנע צאָהל פֿון זיי פֿלעגט קומ'ען צוריק אין די אידישע געגענדען. אין פּעטערסבורג, מאָסקװוע און אַנדערע רוסישע שטעדטע זײַנען אײַניגע אױיסגעדינטע אידישע סאָלדאַטען געװואָרען צװוישען די רײַכסטע אידען. זיי האָבען זיך דאָרטען אַרױיפֿגעאַרבייט (אידען, ניט קײַן געװועזענע סאָלדאַטען, האָבען דאָרטען ניט געהאַט קײַן װואױינרעכט). בײַ אונז אין דער ליטע אָבער האָבען זיי זיך גערעכענט צװוישען די אָרימסטע און די נידערינגסטע פֿאַמיליען. געװוענהליך װואָלט אַ אינגעל פֿון מײַן קלאַס מיט דעם זוהן פֿון אַזאַ פֿאָטער זיך ניט געחבֿר'ט. איך האָב אָבער אױיף דעם געקוקט גאַנץ אַנדערש. אַן אױיסגעדינטער סאָלדאַט קען דאָך רײַדען רוסיש — גראַמאַטיקאַליש, צי ניט, אַבי אַ סך בעסער װוי מײַן טאַטע און מײַן פֿעטער. און דאָס איז בײַ מיר געװוען דער עיקר פֿון אַלע עיקרים, און נאָדעל, דער אינגעל, האָט װוירקליך געהאַט אַן אױיסגעצייכענטע רוסישע אױיסשפּראַך. אַלזאָ, איז ער מיר גראָד געװוען אַ תּקיף.
נאָדעל און איך, און עטליכע אַנדערע אינגלעך פֿלעגען זיך פֿאַרהערען אין גראַמאַטיק. עס האָט זיך בײַ אונז אױיסגעאַרבייט אַ מין גראַמאַטיק-ספּאָרט, פּונקט װוי בײַ אונז איז געװוען אַ אַריפֿמעטיק-ספּאָרט.
מאַרגאָלין האָט שױין לאַנג גע'פּסקנ'ט, אַז איך קען די גראַמאַטיק אױיסגעצייכענט. פֿונדעסטװועגען האָב איך זיך צו דעם װוידער גענומ'ען מיט התמדה.
עס זײַנען געװוען פֿאַרשידענע ביכער איבער דעם ענין. „טאַנאַװו'ס גראַמאַטיק" און „גאַװואָראָװו'ס גראַמאַטיק" זײַנען געװוען גרעסערע און גרינדליכערע ווערק װוי די יענע, װואָס איך האָב פֿריהער געלערענט. האָב איך דיזע צװוױי אױיך „דורכגעהאַט". און מיט דעם האָב איך זיך נאָך אױיך ניט באַנוגענט. אײַנער פֿון די װויכטיגסטע געלערטע אין רוסישער גראַמאַטיק איז געװוען ניקאָלאַי גרעטש. ער האָט געהאַט אַ קלײַנעם ביכעל פֿאַר שוהלען, און ער האָט אױיך געהאַט אַ גרױיסען, דיקען בוך איבער דעם זעלבען געגענשטאַנד. דאָרטען איז אַלץ געװוען פֿיל אױיספֿיהרליכער װוי אין אַלע אַנדערע ביכלעך, מיט פֿילע ערקלעה215רונגען װועלכע יענע האָבען ניט ענטהאַלטען. דיזער דיקער, גרױיסער בוך פֿלעגט זײַן באַקאַנט אַלס דער „פֿאָלני גרעטש". אַן ענלעכער בוך איז אױיך געװוען פֿון אַ געלערנטען מיט'ן נאָמען װואָסטאָקאָװו.
דיזע ביידע ווערק האָבען אײַגענטליך געהערט צו אַ פֿריהערדיגען דור. זיי זײַנען שױין איצט געװוען אַרױיס פֿון געברױיך. אָבער איך האָב זיך אײַנגע'עקשנ'ט: איך מוז מיט זיי באַקאַנט װוערען.
איך פֿלעג אָפֿט זיך אַרומדרעהען אין דעם „ליטעראַטורני פּעראואלאָק" — אַ קלײַנער זאַװואוליקעל ניט װוייט פֿון דער פּאָסט, װועלכער איז געװוען כּמעט אינגאַנצען פֿאַרנומ'ען מיט קרעמלעך פֿון גענוצטע רוסישע ביכער. דאָרטען פֿלעגט איך זיך זוכען די זאַדאַטשניקעס און גראַמאַטיקעס, און דאָרט האָב איך געקראָגען אַ גאַנץ אַלטען „פֿאָלני גרעטש" און אַ גאַנץ אַלטען „פֿאָלני װואָסטאָקאָװו".
גאַנצענע טעג און נעכט פֿלעג איך אָפּזיצען אין אונזער קעלער-קאַמער אין קאַזלאָװוסקי'ס הױיף איבער דיזע ביכער.
אין מײַן אינגעלשען קרײַז האָב איך באַקומ'ען אַ שם פֿאַר אַ גראַמאַטיק-למדן.
פֿון די אַנדערע אינגלעך, װואָס האָבען געהערט צו דיזער גרופּע, אױיסער נאָדעל'ן, װויל איך דאָ דערמאַנען אַ אינגעל מיט'ן נאָמען גאָלדמאַן, אַ קירזשנער'ס אַ זוהן, און אַ אינגעל מיט'ן נאָמען שאול באַדאַנעס, װועמעס פֿאָטער האָט געהאַט אַ שטעלע בײַ דעם װוילנער קהל.
די באַדאַנעס פֿאַמיליע האָט געװואוינט אױיף טײַטשע גאַס, לעבען גיטקע טױיבעס זאַװואוליק, און איך פֿלעג דאָרטען אַרײַנקומ'ען. באַדאַנעס איז געװוען אינגער פֿון מיר. ער איז מיר געװוען סימפּאַטיש מיט זײַן כאַראַקטער און מיט זײַן ליבע צו אַריפֿמעטיק און צו גראַמאַטיק. אױיך איז זײַן פֿאָטער געװוען אַן אנגענעהמער מענש, ניט קײַן נאַר, און — אױיף זײַן שטײַגער — אַ דענקער.
216אַרום דער זעלבער צײַט בין איך נאָהענט באַפֿרײַנדעט געװואָרען מיט מײַן פֿריהערדיגען שוהל-חבֿר יאָנקעלע גאָלדבלאַט, און ביסלעכװוייז האָבען מיר גענומ'ען פֿאַרברענגען אַ סך צײַט צוזאַמ'ען — אַמאָל בײַ אונז, אָבער מייסטענס בײַ זײַנע עלטערן.
די גאָלדבלאַט פֿאַמיליע איז געװוען אַ גרעסערע װוי אונזערע און פֿון אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער. דער פֿאָטער האָט, דאַכט זיך, אַמאָל געװואוינט אין פּאַריז. יעדענפֿאַלס האָט ער פֿראַנצױזיש גערעדט פֿליסיג און איז געװוען באַקאַנט מיט איהר ליטעראַטור. די אוראָקען האָט ער געגעבען אין באַלעבאַטישע הײַזער אָדער בײַ זיך אין שטוב.
די הױיז האָט זיך געפֿיהרט אױיפ'ן אידישען שטײַגער, אָבער ניט אַזױי אַלט-מאָדיש װוי בײַ אונז. גאָלדבלאַט, דער לעהרער, איז געװוען געקלייִדעט הײַנט-צו-װועלטיג, און האָט געהאַט אַן אינטעליגענטען אױיסזעהן.
די פֿאַמיליע האָט געװואוינט אין יאַסעל-עליע'ס הױיף, אױיף זאַװואָלנע גאַס, לעבען קאַמניצקער, אױיף אַ צװוױיטען (און אפֿשר אױיף אַ דריטען) עטאַזש, אין צװוױי אָדער דרײַ זעהר ליכטיגע און זעהר ציכטיגע צימערלעך. די מוטער איז געװוען אינגער װוי דער פֿאָטער און בלאָנדער. זיי האָבען געהאַט פֿיר קינדער, אַלע אינגלעך, פֿון װועלכע יאַנקעלע, מײַן חבֿר, איז געװוען דער עלטסטער. יאַנקעלע איז געװוען בלאָנד און זעהר עהנליך צו דער מוטער.
די פּאָדלאָגעס זײַנען בײַ זיי אימער געװוען ריין װוי אַן אָקערשט-אָפּגעװואַשענער טיש. אין אַלט-מאָדישע הײַזער איז מען צו אַזאַ ציכטיגקייט ניט געװואוינט געװוארען. כּמעט אַלץ האָט זיך דאָ געפֿיהרט ניט אַזױי װוי אין די אַנדערע הײַזער, פֿון װועלכע איך האָב געװואוסט.
די פֿאַמיליע איז ניט געװוען רײַך. מען האָט זיך געמוזט רעכענען מיט יעדען גראָשען. דאָך זײַנען די קינדער געװוען 217געקלייִדעט בעסער און שעהנער װוי איך, און דער גאַנצער לעבען איז דאָ געגאַנגען אױיף אַ ברייטערען שטײַגער. אױיך האָט זיך דאָ אין אַלץ געפֿיהלט מעהר פֿינקטליכקייט װוי בײַ אונז אָדער בײַ מײַנע מוהמען; אַ פֿינקטליכקייט, װועלכע איז געװוען אַ טייל אי פֿון דער אַלגעמיינער ציכטיגקייט, אי פֿון דער אױיסגערעכענטקייט.
װוען איך בין גוט באַקאַנט געװוארען מיט דיזער משפּחה, בין איך צום ערשטען מאָל געװוארען באַװואוסטזיניג פֿון דעם פֿאַקט, אַז יעדע שטוב איז אַ באַזונדערע װועלטעלע, מיט אַ באַזונדערן כאַראַקטער. איך האָב דאָס דאַן נאַטירליך ניט אױיסגעדריקט אױיף דיזען שטײַגער. דער געדאַנק איז אָבער בײַ מיר געװוען דײַטליך גענוג.
יאַנקעלע פֿלעגט לעזען רוסישע ביכער, מייסטענס רײַזע-באַשרײַבונגען, ערצעהלונגען װועגען װוילדע אַמעריקאַנער און זייערע מלחמות מיט אינדיאַנער, אָדער װועגען שקלאַפֿען-הענדלער און זייערע שװוארצע שקלאַפֿען. די ערצעהלונגען זײַנען געװוען איבערזעצט פֿון אַמעריקאַנער ווערק, מייסטענס פֿון מיין-ריד. ער פֿלעגט די ביכער נעמ'ען אױיף „פּראָקאַט" בײַ אַ בחור מיט'ן נאָמען מיכעלסאָן, װועלכער האָט געהאַט אַ ביבליאָטעקע אױיף אױיסצוּבאָרגען, און װועלכען איך פֿלעג אָפֿט זעהן אױיפ'ן גאַס מיט אַ באַרג ביכער אונטער'ן אָרעם, מיט אַן אָנגעשטרענגטען ערנסטען בליק אין זײַנע אױיגען, אַזױי װוי קײַן אַנדער זאַך װוי זײַנע ביכער און זײַנע קונדען װואָלטען פֿאַר איהם ניט עקזיסטירט. צעהן מאָל אַ טאָג פֿלעג איך איהם זעהן.
יאַנקעלע פֿלעגט מיר דערצעהלען דעם אינהאַלט פֿון די בלוט-פֿאַרגליװוערענדע מעשׂיות װואָס ער האָט געלעזען און איך פֿלעג דאָס צוהערען מיט דעם טיפֿסטען אינטערעס. אָבער אַלײַן האָב איך אַזעלכע ביכער ניט געלעזען. איך האָב ניט געקענט באַצאָהלען די „פּראָקאַט"-געלט.
מיר האָבען צװוישען זיך גערעדט אַמאָל אױיף אידיש, אַמאָל אױיף רוסיש. װואָס װוייטער, אַלץ מעהר אױיף רוסיש.
מיר פֿלעגען געהן שפּאַצירען צוזאַמ'ען, שמועסען, טרױימען צוזאַמ'ען. ער איז ניט נאָר געװוען נעט געקלייִדעט, נאָר אױיך אַ 218שעהנער אינגעל, מיט לאַנגליכע בלאָנדע לאָקען, מיט אַ שעהנער פֿיגורעל. ער איז געװוען שעהנער פֿון מיר (איך האָב זיך איבערהױיפֿט געהאַלטען פֿאַר ניט קײַן שעהנעם, אָבער מײַן מאַמע איז אין דעם ניט געװוען אײַנפֿאַרשטאַנען מיט מיר). ער איז מיר געפֿעלען געװוען, הגם זײַן נעטקייט און פֿינקטליכקייט פֿלעגט מיר אַמאָל אַרױיסברענגען פֿון געדולד, און איך פֿלעג איהם זאָגען אַ פּאָר שטעכיגע ווערטער װועגען דעם. צוקריגט האָבען מיר זיך אָבער קײַנמאָל ניט.
די פֿראַגע װועגען גאָט האָט אונז גענומ'ען אינטערעסירען גאַנץ ערנסט, און מיר פֿלעגען װועגען דעם אָפֿט רײַדען און אַרגומענטירען. קײַן טאָלק האָבען מיר אָבער אין דעם ענין ניט געקענט דערגעהן. מיר האָבען אַרומגעבלאָנדזשעט אין דעם. און װוער עס זאָל אונז אַרױיספֿיהרען אױיפ'ן װועג האָבען מיר ניט געהאַט. זײַן פֿאָטער איז ניט געװוען זעהר פֿרום, אָבער אַ גלױיביגער איז ער געװוען.
אײַנמאָל װוען איך בין געקומ'ען צו איהם האָט ער מיר געװויזען דעם בילד פֿון אַ הענדעלע, װועלכען ער האָט קאָפּירט פֿון אַ געדרוקטער צייכנונג. — איך בין ערשטוינט געװוארען — אַזױי גוט איז דאָס געװוען. דערנאָך האָט ער קאָפּירט דעם פּאָרטרעט פֿון דעם דאַמאָלסדיגען דײַטשען קייזער, װוילהעלם דעם ערשטען, דעם אַלטען װוילהעלם מיט די װוייסע „באַקען-באַרדען". דאָס האָט מיר נאָך מעהר פֿאַרװואונדערט. אַלע האָבען געזאָגען אַז יאַנקעלע האָט טאַלאַנט צום „ריסעװוען" (מאָלען, צייכענען). אַלזאָ, איז ער אַװועק אין דער ריסאָװואלנאַיע שקאָלא. און שפּעטער האָט ער מיר צוגערעדט אױיך זיך צו פֿאַרשרײַבען.
מײַנע פֿינגער האָבען זיך צו אַזאַ אַרבייט ניט געקלעפּט. אָבער נײַע ערפֿאַהרונגען זײַנען פֿאַר אַ אינגעל אימער אינטערעסאַנט. און די ריסאָװואלנאַיע שקאָלא איז געװוען אַ רוסישע. מען האָט דאָרטען קײַן אַנדער שפּראַך װוי רוסיש ניט גערעדט. צוליב דעם אַלײַן בין איך בערייט געװוען אַהין אָנצוקומ'ען. אַגב, האָב איך ניט געהאַט װואו די צײַט אַהינצוטאָן. אין קײַן עקזאַמען בײַם אַרײַנקומ'ען איז ניט געװוען.
219די צייכנונגס-שוהל איז געװוען אױיף אַ גרױיסען הױיף „אַראָפּ-ברייטער גאַס", ניט װוייט פֿון דעם באָטאַנישען גאַרטען און דעם קאַטעדראַל-פּלאַץ. װוען מען איז געגאַנגען צום גאַרטען, איז דאָס אױיסגעקומ'ען פֿון דער לינקער האַנט.
דער קלאַס-צימער איז געװוען אַ גרױיסער זאַל פֿול מיט גיפּסענע פֿיגורען און טישלעך מיט ברעטלעך צום צייכענען. בײַ אַ פּאָר פֿון די פֿענסטער זײַנען געזעסען צװוױי יונגע קריסטען און געמאָלען גרױיסע בילדער מיט אױיל-פֿאַרב. אַ קלײַנע מינאָריטעט פֿון די שילער איז באַשטאַנען פֿון אידען. רוסען זײַנען אױיך געװוען װועניג. די איבעריגע זײַנען געװוען פּאָליאַקען. די לעהרער זײַנען אָבער געװוען רוסישע און אין דער שוהל האָבען אַלע גערעדט רוסיש.
מיר האָט אױיפֿגענומ'ען אַ לעהרער מיט'ן נאָמען ריעזאַנאָװו — אַ הױיכער מאַן מיט אַ גרױיסע, שעהנע, װוייסע באַרד, מיט אַ בילד-שעהנעם פּנים, אַ גוטען. ער האָט מיר געשטעלט גאַנץ װועניג פֿראַגען.
— איהר װוילט זיך לערנען צייכענען, האַ? נו, גוט! מיר'ן זעהן װוי ס'װועט געהן.
מיט דיזע ווערטער האָט ער מיר געגעבען אַ בױיגען פּאַפּיר, אַ בלײַשטיפֿט און אַן אײַנפֿאַכע געדרוקטע פֿיגור, און ער האָט מיר אָנגעװויזען אױיף אַ פּלאַץ װואו זיך צו זעצען.
איך האָב געצייכענט, געריבען מיט אַ מעקער, װוידער געצייכענט; מעהר געריבען װוי געצייכענט. איך האָב אין דעם פּאַפּיר אױיסגעריבען אַ לאָך. מיר האָט זיך געװואָלט לױיפֿען אַהיים. איך האָב אָבער קײַן מוט ניט געהאַט מודה צו זײַן, אַז איך בין דורכגעפֿאַלען. ריעזאַנאָװו איז אפֿילו צו מיר ניט צוגעגאַנגען.
אױיף מאָרגען האָב איך בײַ איהם גענומ'ען אַ נײַעם בױיגען פּאַפּיר. איך האָב װוי עס איז איבערגעצייכענט די פֿיגור. דערנאָך האָט מען מיר געגעבען אַ צװוױיטע, אַ דריטע. דער לעהרער פֿלעגט צוגעהן צו מיר אױיף אַ פּאָר סעקונדען, פֿאַרריכטען מײַן אַרבייט און װוידער פֿאַרשװואונדען. אײַנמאָל האָט ער זיך צוגעזעצט און איבערגעצייכענט די גאַנצע פֿיגור אױיף 220מײַן פּאַפּיר. דערבײַ האָט ער זיך צורעדט, און רײַדענדיג האָט ער צוגעשמייכעלט גוטמוטיג.
— קײַן מאָהלער װועט פֿון אײַך ניט אַרױיסקומ'ען — האָט ער געזאָגט — בעסער פֿאַרקױיפֿט עפּעלסינעם (אַראנדזשעס).
ער האָט דאָס געזאָגט מיט אַזאַ פֿרײַנדליכען טאָן, אַז איך האָב זיך ניט-װוילענדיג צולאַכט. און מײַן געלעכטער איז איהם געפֿעלען געװוארען.
— נו, נעם זיך ניט צו דעם, לעבען — האָט ער געזאָגט „דראָענדיג" — מיר װועלען זעהן. אפֿשר װועסטו פֿאָרט טױיגען צו װואָס עס איז. פּרוף צייכענען געאָמעטרישע פֿיגורען.
ער האָט פֿאַר מיר אױיפֿגעשטעלט דרײַ װוייס-געפֿאַרבטע קלעצעלעך — אַ פֿיר-קאַנטיגע, אױיף איהר אַ פּיראַמידע און דערבײַ עפּעס אַן אַנדער פֿיגור. איך האָב געזעהן װוי אַן אַנדער שילער מעסט מיט זײַן בלײַשטיפֿט פֿון װוייטען די פֿאַרהעלטעניסמעסיגע לענג און ברייט פֿון אַ פֿיגור; האָב איך אױיך אַזױי געטאָן.
ריזאַנאָװו איז שױין צו מיר צוגעקומ'ען װוי צו אַ גוטען באַקאַנטען. ער האָט באַקוקט מײַן אַרבייט און געזאָגט:
— פֿאָרשטעהה, פֿאַרשטעהסטו; די פֿינגער זײַנען אָבער בײַ דיר הינקענדיגע. קענסט דאָך עפּעס קײַן גלײַכע ליניע ניט מאַכען.
און ער האָט װוידער איבערגעמאַכט די גאַנצע צייכענונג.
יאַנקעלע גאָלדבלאַט איז געזעסען בײַ דער װוייטסטער װואַנט פֿון דעם גרױיסען זאַל — דאָרטען װואו עס האָבען זיך געפֿונען די װויכטיגערע שילער. ער האָט געמאָלען פֿון גיפּסענע מענשליכע פֿיגורען, און ער איז שנעל געגאַנגען פֿאָרװוערטס. אין אַ קורצע צײַט אַרום האָט ער אָנגעהױיבען צו מאָלען לעבעדיגע מענשען.
אַלע טאָג איז געקומ'ען אַ קריסט מיט אַ באַרד און די שילער פֿון דער העכסטער גרופּע האָבען איהם געצייכענט, יעדער פֿון זײַן פּאָזיציע.
צו דער אױיבען-אָן'איגער גרופּע האָט אױיך געהערט אַ ישיבֿה-בחור מיט אַ פּנים אױיף װועלכען עס זײַנען געװוען אױיס221געגאַנגען צװוױי זאַכען: אַז ער איז אַ ישיבֿה-בחור און אַז ער האָט טאַלאַנט. אַזאַ אײַנדרוק האָט ער אױיף מיר געמאַכט.
צו יענער גרופּע האָבען געהערט נאָך צװוױי אידען: אַ אינגעלע מיט'ן נאָמען פּאָס, פֿון שלמה קיסין'ם הױיף, און אַ שעהנער יונג מיט'ן נאָמען בוטקאָװוסקי, דער זוהן פֿון אַ מאַן, װואָס האָט געהאַלטען אַ זומער-פּלאַץ. װוייטער איז די גרופּע באַשטאַנען פֿון קריסטען.
װוען איך האָב געזעהן װוי יאַנקעלע, דער ישיבֿה-בחור און פּאָס „ריסעװוען", בין איך אָפּהענטיג געװוארען. איך האָב געװואוסט, אַז איך בין דאָ פֿאַרקראָכען אױיף אַ פֿרעמדער חתונה. װועגען דעם איז שױין בײַ מיר ניט געװוען קײַן צװוייפֿעל. איך האָב זיך אָבער אײַנגע'עקשנ'ט: װוייבאַלד אַז איך „פֿאַרשטעהה", מוז איך זיך אױיסלערנען. אױיב די פֿינגער טױיגען ניט, װועלען זיי אַזױי לאַנג אַרבייטען, ביז זיי װועלען יאָ טױיגען.
איך האָב „גערעסעװועט" אין דער שוהל און אין דער הײם. אין מיטען נאַכט פֿלעג איך זיך אַמאָל אױיפֿכאַפֿען, אָנצינדען אונזער קלײַנינקען לעמפּעלע און זיך זעצען „ריסעװוען".
רעזיאַנאָװו האָט שױין פֿאַר מיר אױיפֿגעהאַנגען אַן „אָרנאַמענט" — אַ בלומענ-פֿיגור פֿון גיפּס, און איך האָב דאָס אױיפֿגעמאָלען אױיף פּאַפּיר. דערנאָך האָט ער מיר געגעבען אַ גרעסערען און שװוערערען אָרנאַמענט.
װואָס אָנבאַטרעפֿט דעם „קאָנטור" — די הױיפּט-שטריכען פֿון דער פֿיגור — איז שױין בײַ מיר „געגאַנגען אױיף אַ גאַנג". אײַנמאָל האָט רעזיאַנאָװו מיר זאָגאַר געגעבען אַ קאָמפּלימענט. ער האָט געזאָגט אַז אַן אױיג האָב איך „ניט קײַן שלעכטע".
לײַכט איז די אַרבייט מיר ניט אָנגעקומ'ען. איך האָב זיך גענוג געמאַטערט און אַ סך געמעקט אײַדער דער קאָנטור איז פֿאַרטיג געװוארען. אָבער װוען ער איז פֿאַרטיג געװוארען איז ער געװוען ריכטיג און גוט.
באַלד איז געקומ'ען די צײַט, װוען איך האָב זיך אָנגעהױיבען צו לערנען „טושעװוען" — מאַכען שאָטענס. דאָס האָב איך צום ערשטען מאָל באַמערקט, אַז אױיף אַ קײַלעכדיגער זאַך געהט די ליכט ביסלעכװוייז איבער אין אַ לײַכטען שאָטען, און פֿון 222אַ לײַכטען שאָטען אין אַ דונקעלערען, און אַזױי װוייטער. און װוען מען מאַכט דאָס װוי עס בעדאַרף צו זײַן, פֿיהלט זיך די קײַלעכדיגקייט. דאָס און אַנדערע אַזעלכע זאַכען האָב איך זיך איצט דערװואוסט צום ערשטען מאָל, און פֿון יעדער ענטדעקונג װואָס איך האָב געמאַכט בין איך באַגײַסטערט געװוארען.
דעם קאָנטור פֿלעגען מיר מאַכען מיט אַ פּראָסטען בלײַשטיפֿט אױיף אַ פּראָסטען פּאַפּיר, אַ דיקען און ניט קײַן גלאַנץ-װוייסען. און װוען דער קאָנטור איז פֿאַרטיג געװוארען, פֿלעגט מען אונז געבען בעסערע פּאַפּיר, און אַ טושעװואַלנעם בלײַשטיפֿט — אַ װוייכען און אַ שװוארצען. דעם לינקען זײַט פֿון דעם פּראָסטען פּאַפּיר פֿלעגען מיר דאַן באַשמירען מיט קױיל, איהם אױיסשפּרײַטען איבער דעם בעסערען בױיגען פּאַפּיר, און בײַ די פֿיר װוינקלען איהם צושפּילעװוען מיט מעשענע „קנאָבקעס". דאַן פֿלעגען מיר די שטריכען פֿון דעם קאָנטור איבערגעהן מיט אַ פּראָסטען בלײַשטיפֿט ביז דער גאַנצער קאָנטור איז אונטען, אױיף דעם װוייסען פּאַפּיר, אָפּגעדרוקט געװוארען מיט קױיל. דעם פּראָסטען פּאַפּיר פֿלעגען מיר אַראָפּרײַסען און אַװועקװוארפֿען, און דאַן פֿלעגען מיר זיך נעמ'ען טושעװוען.
צו דעם האָב איך ניט געטױיגט. איך האָב פֿאַרשטאַנען װואו מען דאַרף האָבען שאָטען, װואָס פֿאַר אַ סאָרט שאָטען, און װוי אַזױי מען דאַרף דאָס טאָן; דאָס האָט מען אָבער געדאַרפֿט אױיסאַרבייטען מיט געדולד; און געדולד האָט מיר געפֿעהלט.
יאַנקעלע פֿלעגט דעם שאָטען „לײַגען" אין דער פֿאָרמע פֿון שטריכען, װועלכע האָבען זיך איבערגעקרײַצט װוי די פֿעדים פֿון אַ נעץ אָדער אַ סאָטקע. עס איז געװוען שעהן צו קוקען װוי די לעכעלעך פֿון דעם נעץ קומ'ען בײַ איהם אַרױיס אַזױי װוי צוצויגענע קעסטעלעך, אָדער „לעקעכלעך". דאָ שיטערער, דאָ געדיכטער, דאָ גאָר געדיכט. ער האָט די שאָטענס געריסעװועט מיט געדולד, אָבער געדולד אַלײַן װואָלט דאָ ניט געהאָט קײַן װוערט. ער האָט זיי אױיסגעאַרבייט מיט אַ קינסטלערישען צוועס, מיט טעם און מיט חן. ער פֿלעגט זיצען מיט דעם בלײַשטיפֿט אין דער האַנט. די קאָפּ אַביסעל אָנ-אַ-זײַט, דער שפּיץ צונג אַביסעל אַרױיס פֿון די ליפּען; און אַזױי זיצענדיג פֿלעגט 223ער װוארפֿען און װוארפֿען די שטריכען, אין דער לענג, אין דער ברייט, אָנ-אַ-זײַט, און ביסלעכװוייז פֿלעגט די פֿיגור בײַ איהם באַקומ'ען בולט'קייט און נשמה — עפּעס אַזױי װוי זי װואָלט געלעבט אין פֿאַרבאָרגענהייט, און ער װואָלט מיט די כּשוף-באַװועגונגען פֿון זײַנע פֿינגער איהר ביסלעכװוייז אױיף דער װוייסער װועלט אַרױיסגעלאַסטשעט. אַזאַ מין געפֿיהל פֿלעג איך האָבען קוקענדיג װוי ער טושעװועט.
אָפּטושעװוען אײַן שטיקעל האָב איך געקענט שעהן. אױיף מעהר האָב איך אָבער קײַן געדולד ניט געהאַט. מײַן בלײַשטיפֿט פֿלעגט זיך אַװועקלאָזען שפּרינגען און שאַרען זיך; און פֿלעגט מיר איבערפֿיהרען אַ גוטען קאָנטור.
עס זײַנען געװוען װואָכען, װוען איך האָב מיט מײַנע טושעװואַלנע „קעסטעלעך" פֿאַרמאָלען אַ װועלט. װואו איך האָב נאָר געפֿונען אַ ליידיגע שטיקעל פּאַפּיר האָב איך עס פֿאַרדעקט מיט איבערגעקרײַצטע שטריכען.
דער הױיפּט-לעהרער איז געװוען ניט ריעזאַנאָװו, נאָר אײַנער מיט'ן נאָמען טרוטנעװו, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר פופֿציג, הױיך און גרױיס, װוי אַ ריז; מיט אַ שװוארצע, עטװואָס גרױיליכע, באַרד, און מיט דונקעל-בלױיע ברילען אױיף די אױיגען. ער איז געװוען דער פּרינסיפּאַל פֿון דער שול.
ער פֿלעגט געהן מיט לאַנגזאַמע טריט. דאָס און זײַנע דונקעלע ברילען האָט געגעבען זײַן גרױיסע, הױיכע פֿיגור אַן אױיסדרוק פֿון טראַגישער װויכטיגקייט. אַזױי װוי אַ שאָטען פֿלעגט ער זיך באַװועגען איבער'ן זאַל. קײַן מורא האָט ער אָבער ניט אַרױיסגערופֿען. איך האָב געהערט, אַז ער איז אַן עהרליכער מענש און אַ גוטער קינסטלער; האָב איך צו איהם געפֿיהלט רעספּעקט און מיטלײַד. מיר האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז ער האָט עפּעס אַן אונגליק.
די קריסטליכע שילער זײַנען געװוען לוסטיגער און ליאַרעמדיגער װוי די אידישע. אַזױי װוי זיי װואָלטען זיך מעהר געפֿיהלט װוי בײַ זיך אין דער היים. אָבער די טאַלאַנטפֿולע אידישע שילער האָבען זיך אױיך געפֿיהלט גוט, זיי האָבען אָבער אױיסגעזעהן 224ערנסטער — אַזױי װוי פֿאַרזאָרגט. נאָר אײַן אידישער שילער פֿלעגט איבערקעהרען אַ װועלט צוזאַמען מיט די קריסטליכע שטיפֿערס. ער איז געװוען פֿון אַ רײַכער פֿאַמיליע, און קײַן טאַלאַנט האָט ער ניט געהאַט.
אײַנער פֿון די קריסטען פֿלעגט איבערקרימען װוי אַ איד רעדט רוסיש, און עטליכע טעג נאָכאַנאַנד האָט ער געזונגען אַן אומאַנשטענדיגע לידעלע װועגען אַ סאָלדאַט און אַ אידישער גאַסען-מײַדעל. ער האָט זיך אָבער געחבֿר'ט מיט אַ אידישען שילער, און אַלע האָבען געזאָגט אַז ער איז אַ „דימענט".
בײַ זיך אין האַרצען האָב איך געװואוסט אַז איך װועל לאַנג אין דער קונסט-שוהל ניט בלײַבען. די פֿראַגע איז אַזױי געװוען, װוי אַזױי מען דאַרף אױפֿצוגעהן, װואָס פֿאַר אַ תּירוץ מען זאָגט. האָט דער שיקזאל מיר אונטערגערוקט אַ תּירוץ: איך בין קראַנק געװוארען אױיף די אױיגען. זיי זײַנען בײַ מיר געװוארען רויט און זיי האָבען געטרערט.
איך געדענק ניט צי איך בין געגאַנגען צו אַ דאָקטאָר. איך גלױיב אַז ניט, מסתּמא נאָר צו אַ פֿעלדשער. עס האָט זיך פֿאַרצױיגען אױיף עטליכע װואָכען, און װוען איך בין געזונט געװוארען, זײַנען מײַנע אױיגען געװוען קרום. איך בין געװוארען אַ קאָסאָקער.
איך האָב זיך געשעהמט די אױיגען צו װוייזען אין דעם בוכשטעבליכען זין פֿון דעם אױיסדרוק. איך האָב שטאַרק געליטען דערפֿון.
אײַנמאָל, װוען איך בין געגאַנגען דורכ'ן מאַרק, לעבען פּלאַשטשאַדקע האָט אַ אינגעל װועלכער איז געזעסען אױיף אַ שװועל, אין אַן אָפֿענער טיר, צו מיר אױיסגעשריִען:
— עה! װואו'סטו גענומ'ען דײַנע קרומע אױיגען?
װוען ער װואָלט מיר אַ שטאָך געטאָן מיט אַ מעסער, װואָלט איך קײַן גרעסערען װועהטאָג ניט געפֿיהלט.
ער איז געװוען עלטער פֿאַר מיר און איך האָב איהם כּמעט ניט געקענט. איך פֿלעג איהם זעהן אױיפ'ן גאַס, און אַלץ װואָס איך האָב געװואוסט װועגען איהם, איז, אַז ער איז אַ גראָבער 225יונג, ניט קײַן גנבֿ, נאָר אַ „װוייסער חברה'ניק", װוי מען רופֿט דאָס אין אַנדערע שטעדט. איך האָב גאָר ניט געװואוסט אַז ער האָט מיר װוען-עס-איז באַמערקט.
זײַנע ווערטער האָבען מיר פֿאַרשאַפֿט די טיפֿסטע שמערצען, און דאָך האָבען זיי מיר הנאה געטאָן אױיך. דער פֿאַקט, אַז איך האָב נאָך פֿריהער געהאַט די זכיה צו ציהען דיזען לאָבוס'עס אױיפֿמערקזאַמקייט, אַז ער געדענקט װוי איך האָב אױיסגעזעהן, איז פֿאַר מיר געװוען אַן אַנגענעהמער סורפּריז.
איך האָב זיך פֿאַרטיפֿט אין געאָגראַפֿיע. אין די רוסישע גימנאַזיעס און אַנדערע שוהלען האָט מען דאַן געברױיכט סמירנאָװ'ס לעהר-ביכער איבער דיזען געגענשטאַנד, אַ ווערק אין דרײַ טהיילען. איך האָב זיך גענומ'ען צו דעם ערשטען פֿון זיי — אַן התחלה-אָפּהאַנדלונג װועגען דעם גאַנצען ערד-קוגעל.
די ערשטע עטליכע בלעטלעך זײַנען געװוען פֿאַרנומ'ען מיט אַן אָנהױיב פֿון „מאַטעמאַטישע געאָגראַפֿיע": װוי אַזױי די ערד זעהט אױיס, װוי זי דרעהט זיך אַרום זיך אַלײַן און אַרום דער זון; פֿון װואַנען עס נעמט זיך טאָג און נאַכט, זומער, װוינטער, פֿריהלינג און הערבסט; די פֿאַרשידענע פֿאָרמ'ען פֿון דער לבֿנה, לקוי חמה און לקוי לבֿנה.
דער ביכעל איז געשריבען געװוארען פֿאַר שוהלען און אַלץ איז אין איהם זעהר קורץ. דײַטליכער ערקלעהרען װועט שױין דער לעהרער, הייסט עס. אַזױי װוי איך האָב קײַן לעהרער ניט געהאַט, איז מיר ניט אַלץ געװוען קלאָהר. די שװוערסטע עטליכע שורות זײַנען פֿאַר מיר געװוען די, װואו עס האָט זיך געהאַנדעלט װועגען די פֿיר צײַטען פֿון יאָהר: זומער, װוינטער, פֿריהלינג און הערבסט. אין מיטען פֿון יענער זײַטעל איז געװוען אַ צייכנונג, װועלכע האָט געװויזען װוי די ערד באַװועגט זיך אַרום דער זון. דער ערד-קוגעל האָט זיך געזעהן אין זײַנע פֿיר פֿאַרשי226דענע לאַגעס. די ערקלעהרונג איז אָבער געװוען אַזױי קורץ אַז איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען ניט די װוערטער ניט די צייכנונג.
עטליכע טעג נאָכאַנאַנד האָב איך ניט אױיפֿגעהערט צו קוקען אױיף דער צייכנונג. װוידער און װוידער האָב איך איבערגעלייענט די קורצע ערקלעהרונג, סטאַרענדיג זיך אַרײַנצודרינגען אין דעם זין פֿון די װוערטער און דער פֿיגור. און װוען איך האָב דעם בוך ניט געהאַלטען, איז אױיך געװוען דאָס זעלבע. איך פֿלעג אומגעהן הין-און-צוריק איבער אונזער שמאָלען קאַמער, אַלץ מאַטערענדיג זיך בײַצוקומ'ען די רעטעניש. און װוען איך בין געגאַנגען איבער'ן גאַס, איז מיר געלעגען אין זינען די זעלבע פֿראַגע. זי האָט מיר בוכשטעבליך פֿאַרפֿאָלגט. איך האָב געדאַרט און געדאַרט דעם מח און די רעטעניש איז אַלץ געבליבען אײַנגעהילט אין פֿינסטערניש.
אײַנמאָל אין אַ שבת נאָכמיטאָג, געהענדיג פֿון באָטאַנישען גאָרטען, דורך אַראָפּ-ברייטער גאַס, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ פֿענסטער פֿון אַ גראַװוירער. אין יענע יאָהרען האָט אַ זיגל געשפּילט אַ פֿיל גרעסערע ראָלע װוי הײַנט. יעדער באַלעבאַטישער מענש האָט געהאַט זײַן חתימה'לע, און רײַכע סוחרים און פּריצים פֿלעגען האָבען חתימות מיט שעהנע קאָסטבאַרע הענטלעך, אױיבען דיק און אונטען שמעלער, װוי אַ בערנע. פֿלעג איך ליב האָבען צו קוקען אױיף דיזע אַרטיקלען, װוי זיי זײַנען אױיסגעשטעלט בײַ אַ גראַװוירער אין פֿענסטער. אײַניגע פֿון זיי, מיט הענטלעך פֿון אַ שײַנענדען, װוייס-קאָלירטען שטיין, פֿלעגען מיר פּשוט באַצױיבערען. איך פֿלעג טרױימען װועגען האָבען אַזאַ חתימה'לע מיט מײַן נאָמען.
אין אַ געװויסען שבת נאָכמיטאָג, אַלזאָ, בין איך געשטאַנען און זשעדנע באַקוקט די פֿענסטער-אױיסשטעלונג בײַ אַ גראַװוירער אַראָפּ-ברייטער גאַס. געקוקט, באַװואונדערט די טײַערע הענטלעך פֿון די זיגלען, און צו דער זעלבער צײַט געטראַכט װועגען דעם „שׂכל" פֿון די פֿיר יאָהרעסצײַטען. פּלוצלינג איז מיר אַלץ פֿאַרשטענדליך געװוארען.
גלײַך װוי איך בין געקומ'ען אהיים, האָב איך זיך צוגע227כאַפּט צו סמירנאָװ'ס געאָגראַפֿיע. יאָ, אַלץ איז קלאָהר! די אורזאַכע פֿאַרװואָס עס איז זומער, װוינטער, פֿריהלינג און הערבסט איז געװוארען אַזױי דײַטליך װוי די אורזאַכע פֿון טאָג און נאַכט, אָדער פֿון לקוי חמה און לקוי לבֿנה.
איך בין געװוען אױיפ'ן זיבעטען הימעל.
אַזױי טיף, און דאָך אַזאַ אײַנפֿאַכער שׂכל! די ענטדעקונג האָט אױיף מיר געהאַט אַן אונגעהײַערע װוירקונג און האָט געפֿיהרט צו אַנדערע ענטדעקונגען.
װוייבאַלד אַז עס איז אַן אײַנפֿאַכער שׂכל, טאָ װואָס איז מיט גאָט?
אײַנע פֿון די גרעסטע געהיימנישען האָט זיך אַרױיסגעצײַגט פֿאַר אַ גאַנץ פֿאַרשטענדליכע, נאַטירליכע זאַך. אױיב אַזױי, טאָ פֿאַרװואָס זאָל דאָס זעלבע ניט זײַן מיט אַלע אַנדערע געהיימנישען? אױיב איך קען זיי נאָך ניט ערקלעהרען, הייסט דאָך דאָס ניט, אַז עס איז אונמעגליך זיי צו ערקלעהרען.
איך האָב זיך געפֿיהלט גליקליך און איך בין געװוען אין אַ פֿיבער פֿון אונרוהיגקייט. מײַן מח האָט געאַרבייט אָהן אױיפֿהער. איך האָב זיך געשטעלט נײַע פֿראַגען — אַלץ נײַער װועגען גאָט און זײַנע נסים. צו די אַנטװוארטען אױיף דיזע פֿראַגען בין איך שױין לײַכט צוגעקומ'ען. עס איז מיר געװוארען אַלץ דײַטליכער און דײַטליכער, אַז עס איז ניטאָ קײַן נסים און עס איז ניטאָ קײַן גאָט.
דער ערשטער שטאַרקער געפֿיהל דערבײַ איז געװוען אַ געפֿיהל פֿון באַפֿרײַאונג: ניטאָ שױין פֿאַר װועמ'ען מורא צו האָבען!
פֿריהער האָבען מײַנע עבֿירות געשטערט מײַן רוה. איך האָב ניט געדאַװוענט, מחלל שבת געװוען, איך האָב זיך אױיפֿגעפֿיהרט אַזױי װוי אַ ניט-גלױיביגער; אין האַרצען אָבער האָב איך יאָ געגלױיבט אָדער, יעדענפֿאַלס, געצװוייפֿעלט טאָמער איז פֿאַראַן אַ גאָט און אױיף יענער װועלט װועט מען ברענ'ען און בראָטען. איצט אָבער בין איך געװוען זיכער, אַז מען װועט ניט ברענ'ען און ניט בראָטען. עס איז ניטאָ װוער!
דיזער באַפֿרײַאונגס-געפֿיהל האָט געהאַט אַ ספּעציעלע 228שײַכות צו מײַנע „עבֿירות"; הױיפּטזעכליך צו דעם חוב װואָס איך בין שולדיג געװוען יענער שעמערניצע, לעבען ישיעה באַלטערמאַנצער'ס חדר.
איצט, אַלזאָ, האָב איך פֿאַר איהר שױין קײַן מורא ניט! ניטאָ קײַן גאָט — ניטאָ װוער עס זאָל מיר באַשטראָפֿען דערפֿאַר!
אום זיך צו איבערצײַגען, אַז איך גלױיב װוירקליך ניט אין גאָט, האָב איך איהם געשאָלטען. איך האָב די קללות אױיסגערעדט אין דער הױיך. איך האָב זיי אַרױיסגעזאָגט גאַנץ פֿרײַ, אָהן אַ בּרעקעל מורא. איך בין אַלײַן ערשטוינט געװוארען פֿאַר װואָס איך שרעק זיך ניט.
פּלוצלונג פֿאַלט מיר אײַן אַ קשיא: װוייבאַלד אַז עס איז ניטאָ קײַן גאָט, טאָ װועמ'ען שילטסטו? אַז דו שילטסט, איז דאָך אַ סימן, אַז דו ביסט נאָך ניט אינגאַנצען איבערצײַגט, אַז ער איז ניטאָ. האָב איך אױיפֿגעהערט גאָט צו שילטען.
איך פֿלעג קלעהרען װועגען דער אפֿיקורסות פֿון הירשקע לעװוענזאָן. ער האָט אימער חוזק געמאַכט פֿון גאָט, איהם געזידעלט, געװויצעלט זיך איבער איהם. הייסט עס, אַז ער איז נאָך ניט קײַן אמת'ער אפֿיקורס. איך בין אַלזאָ אַ גרעסערער אפֿיקורס פֿאַר איהם.
אַ פּאָר װואָכען אײַדער דיזע שורות זײַנען געשריבען געװוארען, האָט אײַנער פֿון מײַנע דאַמאָלסדיגע חבֿרים מיר דערמאַנט געדאַנקען, װואָס ער האָט פֿון מיר געהערט אַרום דער צײַט בײַ װועלכער מיר האַלטען דאָ. איך מײַן גרישא (הירשקע) ביעליקאָװו'ען, פֿון גרױיס-סטעפֿאַן גאַס, דער װואָס האָט מיט מיר צוזאַמ'ען געלערענט בײַ חאַצקלען דעם מלמד*. װוען ער איז אַלט געװוען אַרום דרײַצעהן יאָהר (איך בין מיט צװוױי יאָהר עלטער), האָב איך צו איהם אַמאָל געזאָגט:
„עס זײַנען פֿאַראַן אַזױ פֿיל רעליגיאָנען, און יעדער איז זיכער, אַז זײַנע איז די ריכטיגע. מיר מיינען, אַז די אידישע אמונה איז 229די ריכטיגע. פֿאַר װואָס? װוייל דאָס איז גראָד די אמונה פֿון אונזערע פֿאָטערס. און װוען זייער גלױיבען װואָלט געװוען דער קריסטליכער, װואָלטען מיר די קריסטליכע רעליגיע געהאַלטען פֿאַר די אמת'ע."
די װוערטער האָבען אױיף איהם געהאַט אַזאַ װוירקונג, אַז יום כּפּור, װוען זײַן פֿאָטער האָט איהם גענומ'ען אין קלױיז, האָבען זיי איהם געשטערט אין דאַװוענען.
דיזען געשפּרעך מײַנעם מיט ביעליקאָװו'ן געדענק איך ניט. איך געדענק אָבער די געשפּרעכ'ען װואָס איך האָב דאַן געהאַט מיט אַנדערע אינגלעך. איך האָב ערקלעהרט מײַנע אַטעאיסטישע אידעען פֿאַר װועמ'ען איך האָב נאָר געקאַנט. אַם דײַטליכסטען עראינער איך זיך מײַנע פֿרײַדענקעריִשע רײַד מיט אַ נעטען, אַ ציכטיגען ישיבֿה-בחור, װואָס האָט זיך אױיפֿגעהאַלטען אין סטראַשונה'ם קלױיזעל, און מיט אַ אינגעל פֿון פֿערד-מאַרק.
מיר האָבען שױין לאַנג ניט געװואוינט לעבען סטראַשונער'ס הױיף. איך בין אַהין געקומ'ען אומישנע אום צו טענה'ן מיט דעם דאָרטיגען ישיבֿה-בחור, װועלכען איך האָב גוט געקאַנט.
מײַן הױיפּט-אַרגומענט מיט איהם איז באַשטאַנען, אונגעפֿעהר, אין פֿאָלגענדען: די לומדים, די פֿרומע אידען, קענ'ען ניט קײַן געאָגראַפֿיע, קײַן אַסטראָנאָמיע, קײַן די װויסענשאַפֿטען, װואָס מען לערענט אין גימנאַזיע און אוניװוערסיטעטס. זיי לערנען ניט און פֿאַרשטעהען ניט. זיי זאָגען, אַז עס איז דאָ אַ גאָט. פֿון װואַנען װוייסען זיי? עס שטעהט אין חומש! און דער חומש פֿון װואַנען װוייס? קײַן ערקלעהרונגען גיט ער ניט. ער הייסט גלױיבען אױיפ'ן װוארט. מאלע װואָס ער הייסט! װוער האָט אױיפֿגעשריבען די װוערטער: „צום ערשטען האָט גאָט באַשאַפֿען הימעל און ערד"? װואָס פֿאַר אַ באַװוייז האָבען מיר אַז מען קען איהם גלױיבען?
אונזערע געשפּרעכ'ען פֿלעגען פֿאָרקומ'ען אין דער װוייבער-שוהל פֿון סטראַשונער'ס קלױיז. דאָרטען האָט ער געשלאָפֿען, און דאָרטען, אונטער אײַנעם פֿון די בענק, איז געשטאַנען זײַן קופֿערטעל.
230אױיף אײַנעם פֿון די בענק האָב איך מיט קרײַד אָנגעצייכענט די פֿיגורען פֿון סמירנאָװו'ס געאָגראַפֿיע, און האָב איהם געגעבען צו פֿאַרשטעהן „דעם שׂכל" פֿון טאָג און נאַכט, פֿון די פֿיר צײַטען פֿון יאָהר, פֿון לקוי חמה און לקוי לבֿנה; מיט גרױיס באַגײַסטערונג האָב איך פֿאַר איהם פֿאָרגעשטעלט װוי די ערד איז „קײַלעכדיג װוי אַן עפּעל". און װוי אױיף דעם עפּעל ליגט אױיסגעשפּרייט די װואַסער, און אין דער װואַסער ליגען דרײַ גרױיסע שטיקער ערד און אַ סך קלײַנע שטיקעלעך. איך האָב איהם געװויזען װוי די ערד דרעהט זיך און דרעהט זיך אַרום זיך אַלײַן און צו דער זעלבער צײַט געהט זי אַרום און אַרום דער זון.
איך געדענק װוי איך האָב איהם געבראַכט אַ משל פֿון אַ דריידעל. דרעהענדיג זיך, שטעהט עס ניט אױיף אַן אָרט; עס געהט. „הײַנט לאָמיר זיך פֿאָרשטעלען, אַז אין מיטען טיש ברענ'ט אַ לאָמפּ, און אַז די דריידעל געהט אַרום איהם. דער לאָמפּ — דאָס איז די זון, און די דריידעל — דאָס איז די ערד".
אױיף אַזאַ שטײַגער פֿלעג איך צו איהם רײַדען און רײַדען. און ער פֿלעגט זיך צוהערען מיט אױיפֿמערקזאַמקייט. אָבער אַלײַן האָט ער קײַן אײַנציגען װוארט ניט געזאָגט.
דאַן האָב איך געמיינט, אַז ער האָט מורא אַרױיסצוּװוייזען אפֿיקורסות, טאָמער פֿאַרלירט ער זײַנע „טעג" און מוז זיך זוכען אַן אַנדער קװוארטיר. אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך פֿלעג זיך דערמאַנען װועגען איהם און אונזערע שמועסען, פֿלעג איך זיך איהם פֿאָרשטעלען אַנדערש. ער איז פּשוט געװוען אײַנער פֿון די, װואָס האָבען קײַן מיינונג ניט און קענ'ען ניט האָבען, סיידען די פֿראַגע ריהרט אָן זייערען אַ פֿערזענליכען אינטערעס אין דעם געװוענהליכסטען זין פֿון דעם אױיסדרוק. ער איז אַבסאָלוט ניט געװוען פֿעהיג צו דענקען, און ער האָט קײַן פֿראַגען ניט געשטעלט. אים איז יאָ דאָ אַ גאָט, איז ניטאָ קײַן גאָט — איהם איז געװוען אַלץ אײַנס. אַלע גלױיבען און דאַװוענען, גלױיבט ער אױיך און דאַװוענט אױיך! איך באַװוייז איהם, אַז עס איז ניטאָ קײַן גאָט, הערט ער זיך צו, װוי מען הערט צו אַ מעשׂה, אָדער אַ 231ליד. ס'איז אינטערעסאַנט. װוייטער געהט דאָס איהם ניט אָן.
איך האָב אױיבען געזאָגט, אַז ער איז געװוען אַ נעטער, אַ ציכטיגער. צװוישען ישיבֿה-בחורים איז ער געװוען אַ זעלטענהייט. ער האָט געשלאָפֿען אין קלױיז, אױיף בענק, און דאָך האָט ער אימער אױיסגעזעהען ריין און פֿריש װוי אַ נײַע ליאַלקע. און זײַן רײַדען איז אױיך געװוען אַזױי: צום פּונקט, מיט אַן אַנגענעהמען שמייכעל, און ניט צו פֿיל ווערטער.
דער פֿערד-מאַרק'ער אינגעל װועלכען איך האָב „פּראָפּאַגאַנדירט" האָט געהאַט מעהר װוארעמיקייט אין זיך, און ער האָט אױיף מײַנע רײַד זיך אָפּגערופֿען. אײַנמאָל איז ער צו מיר געקומ'ען צולױיפֿען אַן אױיפֿגערעגטער, אַ גליקליכער, און האָט געזידעלט גאָט מיט אונאַנשטענדיגע ווערטער. איך האָב איהם געגעבען צו פֿאַרשטעהן, אַז דאָס האָט קײַן זין ניט, אָבער מעהר װוי דיזע סצענע געדענק איך װועגען איהם ניט, אפֿילו װוי ער האָט אױיסגעזעהען האָב איך אױיך פֿאַרגעסען.
מײַן נײַע איבערצײַגונג האָב איך געפֿיהלט גאַנצע טעג. איך בין געװוען אַזױי װוי אַ נײַ-געבױירענער. די װועלט האָט בײַ מיר גאָר אַן אַנדער פּנים געקראָגען.
איך האָב געהאַט עטליכע אוראָקען (פּריװואַט-שטונדען, „לעסאָנס") און די געאָגראַפֿיע האָב איך געקױיפֿט פֿון מײַנע אײַגענע פֿאַרדינסטען. איך האָב אױיך געקױיפֿט „אילאין'ס קאַרטע" פֿאַר אַנפֿאַנגער, אַ גרױיסער בוך פֿון נײַן שעהן-קאָלירטע לאַנד-קאַרטען. איך האָב זיך גענומ'ען לערנען די נעמ'ען פֿון אינזלען, האַלב-אינזלען, מיסען (קייפּס), ימים, זאַליװוען (גאַלפֿס), פּראָליװוען (סטרעיטס), טײַכען; איך פֿלעג זיי אױיסזוכען אױיף דער קאַרטע און װוייטער לערנען ביז איך האָב זיי געקענט זאָ232גען אױיף אױיסװוייניג, כּסדר, װוי זיי זײַנען געשטאַנען אין סמירנאָװו'ם געאָגראַפֿיע.
איך האָב געװואוסט אַז ניט אַלע אינזלען, למשל, װואָס װוערען אױיסגערעכענט, זײַנען װויכטיג, אַז אין גימנאַזיע אָדער אין נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע היפּט מען זיי איבער. אָבער איבערהיפּען האָט מיר מײַן האַרץ ניט געלאָזען. װוייבאַלד זיי שטעהען בײַ סמירנאָװו'ען, טאָר מען זיי ניט דורכלאָזען.
מערקװוירדיג: לערנען אױיף אױיסװוייניג איז מיר געװוען שװוער און איך האָב דאָס פֿײַנט געהאַט. אָבער אין דיזען פֿאַל האָב איך דאָס געטאָן מיט פֿאַרגעניגען. װוי ס'איז ערקלעהרט געװוארען אין אַ פֿריהערדיגען פּלאַץ, איז עס געװוען דערפֿאַר װוייל איך האָב זיך דערצו גענומ'ען אַלײַן. קײַנער האָט מיר די אוראָקען ניט אױיפֿגעגעבען. קײַנער האָט מיר זיי ניט געצװואונגען צו לערנען. די אַרבייט איז געװוען מײַן אײַגענע פֿרײַװויליגע אונטערנעהמונג, האָב איך איהר געטאָן מיט פֿאַרגעניגען. דער קלאַנג פֿון די װוערטער האָט אין מײַנע אױיערען געהילכט װוי אַ ליד. איך פֿלעג אומגעהן הין-און-צוריק און זיי איבערזאָגען װוידער און װוידער. אפֿילו װוען איך האָב זיי שױין געקענט גוט אױיף אױיסװוייניג, פֿלעג איך אַלץ מאַרשירען און „זשוברעװוען". איך פֿלעג פּראָסט היפּנאָטיזירט װוערען פֿון דעם טאַקט פֿון מײַנע טריט און פֿון דעם נגון, מיט װועלכען איך האָב אַרױיסגעברומט די ווערטער. איך פֿלעג פֿאָרטזעצען געגען מײַן אײַגענעם װוילען, ביז איך האָב שױין מעהר קײַן כּח ניט געהאַט צו מאַרשירען.
אײַניגע פֿון די אינזלען אָדער „מיסען" איז אױיף מײַן קאַרטע שװוער געװוען צו געפֿינען. פֿלעג איך זיצען שטונדענלאַנג זיי זוכענדיג. די מאַמע האָט געשריִען אַז איך װועל בלײַבען אָהן אױיגען, און איך פֿלעג טאָן דאָס מײַניגע.
קײַן אמת'ער לאָמפּ איז בײַ אונז ניט געװוען. מיר האָבען געהאַט אַ קעראָסין-לעמפּעלע, װועלכער איז באַשטאַנען פֿון אַ מין פֿלעשעלע מיט אַ קנױיט, און מיט אַ דרעטעל, װועלכער פֿלעגט זיך רוקען אַרױיף און אַראָפּ. קײַן גלאָז האָט דער לעמפּעלע ניט געהאַט. ער איז ניט געװוען צוגעריכט דערצו. שטאַרק גערויכערט האָט ער אָבער ניט. בײַ דיזען לעמפּעל פֿלעג איך 233אָפּזיצען ביז שפּעט אין דער נאַכט. דער מאַמע'ס בעט איז געשטאַנען הינטער דעם קליידער-אַלמער, און מײַן בעטעל איז געשטאַנען דאָ, בײַם טיש. אין דער שטילקייט פֿון דער נאַכט, װוען די מאַמע האָט געשלאָפֿען, פֿלעג איך זיצען איבער מײַן געאָגראַפֿיע אָדער מאַכען זאַדאַטשעס אָדער לייענען גאָגאָל'ס „די טױיטע נפֿשות" — זעהר אָפֿט ביז אױיף דרױיסען פֿלעגט װוערען ליכטיג.
דער פֿענסטערעל פֿון אונזער קעלער-צימער איז אַרױיסגעקומ'ען אױיף דעם טראָטואַר (סײַד-װואָק) פֿון דער גאַס, װואָס געהט פֿון זאַװואַלנער גאַס ביז אָסטראַ-בראָם. דורך דאָרטען פֿלעגט מען פֿון געװויסע געגנדען געהן אין די זומער-פּלעצער — ליובאַװויטש'עס סאָד, נאָװוי ראַי און זשעלעזנאַיאַ כאַטקאַ — און צוריק אהיים. אונזער טיש איז געשטאַנען האַרט אונטער דעם דאָזיגען פֿענסטערעל.
אײַנמאָל אין אַ זומער נאַכט, אַרום אײַנס אַזײַגער, װוען איך בין געװוען פֿאַרטיפֿט אין מײַן קאַרטע, זוכענדיג עפּעס, האָב איך דערהערט אַ געשפּרעך. אַ פּאָר פֿון די פֿאַרבײַגעהער האָבען זיך אײַנגעבױיגען און אַרײַנגעקוקט.
— זעה, זעה! — האָט געזאָגט אַ פֿרױיען שטימע, אױיף אידיש. — אָבער אַ לאַנד-קאַרטע זיצט ער! און זעה נאָר דעם לאָמפּ! אַ פּלעשעל! ניטאָ אפֿילו קײַן לאָמפּ אין שטוב! דאָס װואַקסט אַ גרױיסער דאָקטאָר!
איך האָב אױיבען דערמאָנט די „אוראָקען" װואָס איך האָב געקראָגען. דער אָנהױיב איז געמאַכט געװוארען אין כאַמינסקי'ם הױיף און — דירעקט אָדער אינדירעקט — דורך מײַן מוהמע פֿײַגע (פֿאַרבײַגעהענדיג װויל איך באַמערקען, אַז די דירה, װואו זי און איהר פֿאַמיליע האָבען געװואוינט צוזאַמ'ען מיט מײַן זיידען האָט ביסלעכװוייז זיך גענומ'ען רופֿען אױיף איהר נאָמען. פֿריהער פֿלעגט מען דאָס הייסען „דעם זיידע'ס"; מיט דער צײַט אָבער, װוען ער איז געװוארען אַלט, און זי מיט איהר מאַן האָבען געשפּילט די גאַנצע ראָלע, האָט זיך דער נאָמען געביטען. פֿון זיך אַלײַן איז דאָס געװוארען. אָנשטאָט צו זאָגען 234„איך'ל געהן צום זיידען" האָב איך גענומ'ען זאָגען „איך'ל געהן צו דער מוהמע'ן." און אױיף אַן עהנליכען שטײַגער פֿלעגט רײַדען מײַן פֿאָטער און אַלע קרובֿים. נאָר מײַן מוטער פֿלעגען זאָגען „איך'ל געהן צום טאַטען", װוי אימער). דורך איהר לעבעדיגקייט, טעטיגקייט און פֿרײַנדליכקייט, איז די מוהמע געװוען די צענטראַל-פֿיגור ניט נאָר בײַ זיך אין שטוב, נאָר אױיך אין דעם גאַנצען הױיף, און צוליב איהר האָבען די שכנים מיר באַהאנדעלט װוי אַן אײַגענעם.
מײַנע ערשטע שילער האָב איך באַקומ'ען בײַ דער פֿאַמיליע פֿון אבֿרהם דוד ריטט, דעם שטרײַכער (אַ פֿאַרבער פֿון פּוטערװוארג), װועלכער האָט געװואוינט איבער מײַן מוהמע'ס דירה, און װועלכען איך האָב דערמאַנט אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל.
אַזױי װוי בײַ דיזער משפּחה פֿלעג איך האָבען אַן אוראָק כּמעט יעדען טאָג, און דאָס האָט אָנגעהאַלטען נאָהענט צו דרײַ יאָהר, װועל איך דעם לעזער מיט איהר באַקאַנט מאַכען.
די טרעפּ, װואָס האָבען געפֿיהרט צו די ריטט'ס, האָבען זיך אָנגעהױיבען בײַ דער סאַמע טיר פֿון מײַן מוהמע'ס װואױינונג, און די צװוױי פֿאַמיליעס זײַנען אימער געװוען זעהר פֿרײַנדליך אײַנע צו דער אַנדערער. צװוױי פֿון ריטט'ס זיהן, חיים'קע און שימקע, זײַנען געװוען אין מײַן עלטער, און ביז מיט אַ יאָהר פֿריהער פֿלעגען מיר זיך שפּילען אין „העזעלעך" צוזאַמ'ען, װוי עס איז שױין אױיבען דערמאָנט געװוארען. מיר זײַנען געװוען חבֿרים זינט איך בין אַלט געװוען אַכט-נײַן יאָהר. װוען איך בין שױין געװוען פֿערצעהן יאָהר אַלט, האָט זייער מוטער מיר געדונגען, איך זאָל זיי און זייער אינגערען ברודערל, מאיר'קע, געבען אוראָקען.
אבֿרהם דוד דער שטרײַכער האָט זײַן מלאכה גע'ירשנ'ט פֿון זײַן פֿאָטער, און צוזאַמ'ען מיט איהר האָט ער אױיך גע'ירשנ'ט אַ סעקרעט, װוי אַזױי צו מאַכען די פֿאַרשידענע פֿאַרבען. דאָס איז געװוען ניט נאָר אַ מלאכה, נאָר אַ געשעפֿט אױיך. יעדענפֿאַלס האָט די שטרײַכערײַ איהם געטראַגען אַ היבשען אײַנקונפֿט, און די שטוב האָט זיך געפֿיהרט גאַנץ ברייט.
זייער װואױינונג איז אײַגענטליך באַשטאַנען פֿון אײַן גרױיסען צימער; נאָר פֿון איהם זײַנען אָפּגעצאַמט, מיט הילצערנע 235סעפּערענעם, דרײַ קלייניִנקע קאַמערלעך. דער פּלאַץ, װואָס איז איבערגעבליבען, איז אָבער געװוען גרױיס גענוג. אומעטום האָט אימער געשמעקט מיט פּוטערװוארג און מיט פֿאַרב. דער גרױיסער צימער, װועלכער איז געװוען אי דער װואַרשטאַט, אי דער עס-צימער, אי דער זאַל, איז כּמעט אימער געװוען פֿאַרהאַנגען און פֿאַרװוארפֿען מיט אַלערלײַי פֿעלען.
אבֿרהם דוד, אַ איד פֿון די מיטעלע יאָהרען, אַ הױיכליכער, אַ שלאַנקער, מיט אַ גרױיליך שװוארצער באַרד, איז געװוען אַ שאַפּעט (אַ זאַאיקע), און אין דעם פֿעהלער האָבען אױיך געהאַט פֿינף פֿון זײַנע זעקס קינדער. די פֿינגער זײַנען בײַ איהם געװוען אין גאַנצען שװוארץ — אימער שװוארץ; אפֿילו װוען ער איז געקומ'ען פֿון באָד. שבת פֿלעגט ער זײַן געקלייִדעט גאַנץ ציכטיג און אַ ביסעל הײַנטיג אױיך; אָבער די פֿינגער זײַנען אַלץ געבליבען שװוארץ.
דאָס איז געװוען אַ שטוב פֿון מענשען מיט גילדערנע הערצער. װוער עס האָט זיך נאָר גענויטיגט, האָט דאָ באַקומ'ען שטיצע. װוער עס האָט נאָר געהאַט עפּעס צו פֿאַרקױיפֿען, האָט דאָ געפֿונען אַ קונה, אײַנפֿאַך װוייל מען האָט איהם ניט געקענט אָפּזאָגען. זיי האָבען געגעבען אָפֿען און זיי האָבען אױיך געגעבען באַהאַלטענדיג זיך אײַנער פֿון דעם אַנדערען. יעדער האָט מורא געהאַט, אַז די אַנדערע װועלען איהם אױיפֿװוארפֿען, אַז ער אָדער זי איז צו גוט. צו קענ'ען קאַרגען און זײַן הארט-הערציג איז בײַ דער משפּחה געװוען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרױיסע מעלה, און יעדער מיטגליד איהרער פֿלעגט זיך סטאַרען דיזע מעלה אַרױיסצוּװוייזען. יעדער מיטגליד האָט אָבער געװואוסט, אַז די אַנדערע זײַנען „ניט בעסער" פֿאַר איהם.
אבֿרהם דוד איז געװוען אַ כּעסן, װוי פֿילע זאַאיקעס, און ער פֿלעגט רק שרײַען אױיף זײַן פֿרױי און קינדער, פֿאַרװואָס זיי װוארפֿען זיך מיט געלט; אָבער אין אמת'ן האָט ער אױיך קײַנעמ'ען ניט אָפּגעזאָגט. מען האָט נאָר פֿאַר איהם געדאַרפֿט מאַכען אַ קרומע האָװואַיע.
זײַן פֿרױי, רחל לאה, אַ גרױיסע, דיקע אידענע, מיט סטאַרטשענדע נאַאיװוע אױיגען, איז געװוען אַ מענש בוכשטעבליך אָהן אַ גאַל. זי האָט אימער געהאַלטען אין קױיפֿען זאַכען, װואָס זי האָט 236אַבסאָלוט ניט באַדאַרפֿט, נאָר װוייל זי האָט רחמנות געהאַט אױיף די טענדלערקעס (פּעדלערקעס). יעדעם מאָל פֿלעגט זי זיך שטאַרק דינגען, אום צו װוייזען דעם מאַן און די קינדער, אַז זי איז אַ „שלעכטע", און רעכענען זיך מיט יעדען גראָשען. די טענדלערקעס האָבען שױין אָבער געװואוסט, אַז זי װועט באַצאָהלען אַ סך מעהר װוי די זאַך איז װוערט.
דאָס פֿלעגט רוב דער מסחר געמאַכט װוערען „געהיים", קיינער זאָל ניט װויסען. דערנאָך פֿלעגט זיך אָנהויבען אַ פֿראַגע: װואו טוט מען אַהין דעם יאַקעל, צי די שטיקעלע װואָל, צי די פֿאַרשידענע אַרשין לײַװואַנט, צי די „באַסטען-טוך"? זי פֿלעגט רק האַלטען אין זוכען אַן אָרט װואו עפּעס צו באַהאַלטען. יעדער װוינקעלע אין שטוב, יעדער פֿאַרבאָרגענער, אָדער כּלומר'שט פֿאַרבאָרגענער פּלאַץ, איז געװוען פֿאַרשטאָפּט מיט „קאָנטראַבאַנדער". איר קאַמאָד איז געװוען אַזױי פֿאַרפֿאַקט און פֿאַרפֿלאַנטערט, אַז זי האָט שױין לאַנג אױיפֿגעהערט האָבען אַ נוץ פֿון איהם. אונטער די בעטען און אונטער דער קאַנאַפֿע זײַנען געלעגען פּעק און פֿעקלעך מיט געהיימע סחורה. דער שלאָף-צימער און נאָך אַ צימער האָבען אױיסגעזעהן װוי אַ סקלאַד פֿון אַ שמאַטעס-הענדלער.
די דינסטמיידעל — רח'קע האָט זי געהייסען — איז אײַגענטליך געװוען די אמת'ע באַלעבאָסטע אין שטוב, און אַלע האָבען פֿאַר איהר מורא געהאַט. אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך האָב געלייענט אַנ-סקי'ס גלענצענדע ערצעהלונג „אין אַ אידישער פֿאַמיליע", האָב איך רח'קען דערזעהן װוי פֿאַר די אױיגען. דער שריפֿטשטעלער האָט איהר ניט געקענט. ער האָט געמיינט אַן אַנדער הױיז מיט אַן אַנדער דינסט. אַזעלכע רחל'קעס זײַנען אָבער פֿאַראַן אַ סך.
ריטט'ס דינסט איז געװוען אַזאַ עהרליכע נשמה װוי איהר באַלעבאָסטע. זי האָט אָבער געהאַט מעהר כאַראַקטער און אױיך מעהר שׂכל װוי רחל לאה, און געטרײַ איז זי געװוען דער הױיז ניט װועניגער װוי זי. זי איז ניט געװוען קײַן צו יונגע און קײַן צו שעהנע אױיך ניט. און װוען די קינדער פֿלעגען זיך קריגען מיט איהר, פֿלעגען זיי אױיף זייער זאַאיקעװואַטען שטײַגער איהר אַמאָל רופֿען „אַלטע מאָד". דערנאָך פֿלעגען זיי האָבען געװויסענביסע דערפֿון, און זיך חנפ'ענען צו איהר.
237איסאַק, דער עלטסטער זוהן — אַ הױיכער, אַ שטאַרקער, אַ שעהנער יונג, מיט ברייטע פּלייצעס, אָבער אױיך אַ שאַפֿעט, האָט געענדיגט די ראַבינער-שול, און איצט האָט ער שטודירט אױיף װועטערינאַר אין דערפּט.
זײַן פֿאָטער פֿלעגט זיך באַקלאָגען, װואָס זײַן שטודירען ציהט זיך אַזױי לאַנג, און ער פֿלעגט מאַכען שפּאַס פֿון איהם. אין אמת'ן אָבער איז איסאַק געװוען זײַן שטאָלץ. בלױיז איהם האָט מען אין שטוב גערופֿען מיט דער רוסישער פֿאָרמע פֿון זײַן נאָמען. אַלע איבעריגע קינדער האָט מען גערופֿען אױיפ'ן געװוענהליכען אידישען שטײַגער.
די עלטסטע טאָכטער האָט חתונה געהאַט אין אַן אַנדער שטאָדט. די איבעריגע קינדער — דרײַ אינגלעך און אַ מיידעלע — זײַנען געװוען אין שטוב.
מיך אַלס לעהרער האָב איך אָנגעפֿאַנגען פֿון מאיר'קען — זעהר אַ סימפּאַטישער אינגעלע פֿון אַ יאָהר צעהן אָדער עלף. ער איז אַנגעקומ'ען אין דעם פֿריגאָטאָװויטעלנעם קלאַס (צופֿעריטיגונגס-קלאַס) פֿון דער נײַער „נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע", בײַם אינסטיטוט. אַלזאָ, האָט רחל לאה מיר גענומ'ען מיט איהם איבערצוחזר'ן די אוראָקען (דער פֿאָטער פֿלעגט זיך אין אַזעלכע זאַכען ניט מישען).
זי װואָלט איהם געקענט דינגען אַן עלטערען און װויכטיגערען לעהרער. זי האָט אָבער געװואָלט מיר געבען צו פֿאַרדינען. איך האָב מיט מאיר'קען געלערענט מיט גרױיס אינטערעס און איבערגעבענהייט, און זייער איסאַק'ס אַ חבֿר, װועלכער האָט אַמאָל זיך צוגעהערט װוי איך לערען מיט'ן אינגעל, האָט מיך שטאַרק געלױיבט פֿאַר זײַנע עלטערען.
דורך דעם האָב איך חיים'קען, דעם עלטסטען פֿון די היימישע דרײַ זיהן, אױיך אַרײַנגעקראָגען פֿאַר אַ שילער. ער האָט שױין געהאַט לעהרער און ער האָט שױין געקאַנט אַביסעל רוסיש. ער האָט אָבער זײַן לערנען אַװועקגעװוארפֿען, און זיך גענומ'ען צו שטרײַכערײַ. ער האָט געאַרבייט בײַם פֿאָטער און איהם האָט מען באַטראַכט אַלס דעם צוקונפֿטיגען יורש פֿון דעם געשעפֿט. איהם האָט אבֿרהם דוד פֿאַרטרױיט זײַנע טעכנישע סודות. ער איז געװוען שעהן געװואַקסען, 238חיים'קע, און האָט געהאַט אַ שעהנעם פּנים (ער איז געװוען שטאַרק עהנליך צו איסאַק'ען), און זאַאיקעװועט האָט ער זיך נאָר אַ ביסעל. ער פֿלעגט טראָגען גוטע הײַנטיגע קליידער, אָבער זײַנע פֿינגער זײַנען אױיך אימער געװוען שװוארץ װוי פּעך.
אַזױי װוי איך האָב אָנגעהױיבען צו געבען מאיר'קען אוראָקען אין דעם יאָהר פֿון מײַן קריליאו-באַגײַסטערונג, און װוען איך האָב דעם ענין גערעדט צו יעדען, װואָס האָט נאָר געװואָלט הערען, פֿלעג איך פֿאַר חיים'קען פֿאָרלעגען אײַניגע פֿאַקטען, איהם װוײַזען װואָס פֿאַר אַ טײַערע װוערטעלעך אין זיי ליגט, און װוי שעהן זייער שפּראַך איז. און ער פֿלעגט מיך אױיסהערען, אַ ביסעל כּלומר'שט אָפּלאַכענדיג פֿון מײַן באַגײַסטערונג, װוי ס'איז געװוען זײַן שטײַגער און זײַן פֿאָטער'ס שטײַגער. מײַנע ערקלעהרונגען האָבען איהם אָבער פֿאַראינטערעסירט.
אײַנמאָל, װוען זײַן מוטער האָט זיך צוגעהערט צו אַזאַ געשפּרעך צװוישען אונז, האָט זי צו איהם געזאָגט:
— פֿאַרװואָס זאָלסטו אױיך דאָס ניט קענ'ען? װוייסטו װואָס, זאָל דער אַלטער דיר אױיך געבען אַן אוראָק.
ער האָט צוגעשטימט. אַ חוץ קריליאו'ען האָב איך מיט איהם געלערענט רוסישע גראַמאַטיק. צו דער גראַמאַטיק האָט ער צוערשט קײַן חשק ניט געהאַט. איך האָב איהם אָבער ניט אָפּגעלאָזען, ביז ער האָט געלערענט בײַדע געגענשטאַנדען.
אַ היבשע ביסעל האָט מיר דערבײַ געהאָלפֿען אַ מין קאָנקורענץ-געפֿיהל, װועלכען חיים'קע האָט געהאַט צו זײַנעם אַ חבֿר, דעם זוהן פֿון אבֿרהם דוד'ס אַ גוטען פֿרײַנד. דער חבֿר איז געװוען מעהר געבילדעט װוי חיים'קע. ער האָט געאַרבייט בײַ אַ פּראָסבע-שרײַבער, װוי מען פֿלעגט אין ליטע רופֿען אַן אַדװואָקאַט, אײַדער מען איז צוגעװוױינט געװוארען צו אַן אױיסגעשטודירטען יוריסט. ער האָט געלעזען רוסישע ביכער און געשריבען „מליצה" אױיף רוסיש. ער איז געװוען אַ גרױיסער באַריהמער, דער חבֿר. יעדעס מאָל, װוען ער פֿלעגט קומ'ען צו די ריט'ס, פֿלעגט ער פֿאַרלעזען עפּעס אַ שעהנע שטיקעל, װואָס ער האָט „פֿאַרפֿאַסט". דאָס פֿלעגט אַנצינדען אַ געפֿיהל פֿון קנאה און פֿאַרדרוס ניט נאָר אין חיים'קען, נאָר אין דער גאַנצער פֿאַמיליע. װוען ער פֿלעגט אַװועקגעהן, פֿלעגען 239זיי איבערקרימען זײַן באַריהמערײַי. אַלזאָ, האָבען זיי אַלע געװואָלט, אַז חיים'קע און שימקע זאָלען ניט זײַן אַזױי װוייט צוריקגעשטאַנען פֿון דעם חבֿר.
אײַנמאָל האָט דער חבֿר פֿאַר אונז פֿאָרגעלעזען אַ באַשרײַבונג פֿון אַ זונ-אױיפֿגאַנג. עס איז װוירקליך געװוען שעהן, װואונדערשעהן. עס איז אָבער געװוען ניט זײַנע, נאָר טורגעניעװו'ס. טורגעניעװו'ס װוערק גופֿא האָב איך נאָך דאַמאָלסט ניט געלייענט; אַלס אַן אױיסצוג אָבער האָב איך דאָס געזעהן אין אַ כרעסטאָמאַטיע (רידער); אין װועלכער — האָב איך ניט געדענקט. איך האָב זאָגאַר ניט געדענקט, אַז די שילדערונג איז טורגעניעװו'ס. אָבער אַז איך האָב דאָס געזעהן ערגעציװואו אין אַ בוך, בין איך געװוען זיכער.
— עס איז ניט דײַנע! — האָב איך אױיסגעשאָסען.
דער חבֿר האָט זיך גענומ'ען שװוערען, אַז עס איז יאָ זײַנע, און איך האָב גע'טענה'ט, אַז איך האָב דאָס געזעהן געדרוקט.
ער האָט זיך גענומ'ען פֿלאַנטערען; ער איז געװוארען רויט. עס איז געװוען דײַטליך, אַז װואָס איך זאָג, איז אמת. און װוען ער איז אַװועק, האָט חיים'קע און זײַן מוטער מיר אױיסגערעדט, פֿאַרװואָס איך האָב „פֿאַרגאָסען זײַן בלוט". די געשיכטע האָט זיי אָבער פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגען.
אױיף מאָרגען האָב איך געזוכט און געפֿונען די דערמאַנטע שילדערונג — אין טורגעניעװו'ס װוערק. איך האָב דעם באַנד גענומ'ען אױיף פּראָקאַט אין סטראַשונס בוך-קראָם און איהם געבראַכט צו די ריט'ס. װוען חיים'קע און שימקע האָבען עס איבערגעלעזען, האָבען זיי געקװואָלען. דאָך, װוען דער חבֿר איז צו זיי װוידער געקומ'ען, האָבען זיי צו מיר געװואונקען מיט שטרענגע מינעס, אַז איך זאָל איהם „ניט פֿאַרגיסען דאָס בלוט". דער חבֿר האָט זיך געמאַכט ניט-װויסענדיג, און מיט מיר איז ער געװוען אַדרבא און אדרבא.
מײַן קורס האָט זיך בײַ די ריט'ס שטאַרק אױיפֿגעהױיבען.
שימקע האָט געהאַט אַ לעהרער, און ער האָט געהאַלטען װוייטער װוי חיים'קע, אָבער אױיף גראַמאַטיק האָט ער מיך געדונגען.
— איצט װועסטו בײַ אונז שױין האָבען צו טאָן טשאַנגלע, — 240האָט רחל לאה דאַן צו מיר געזאָגט. דאָס װוארט „טשאַנגלע" (נאָכאַנאַנד, „סטעדי") האָט אױיף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק, װואָרים מײַן מוטער און מײַן מוהמע האָבען אים קײַנמאָל ניט געברױיכט.
איך האָב אױיך געגעבען אַן אוראָק בײַ רחל „די פּוטער-נייהאַרקע" — איהר עלטערען אינגעל. אָבער מעהר װוי דעם אַלגעמיינעם פֿאַקט געדענק איך נישט. מײַן מוהמע האָט מיר געקראָגען נאָך אַן אוראָק בײַ נאָך אַ פֿאַמיליע פֿון קאַמינסקי'ם הױיף. אָבער װועגען דעם געדענק איך נאָך װועניגער.
אײַנער פֿון מײַנע שילער איז געװוען אַ פּלעמעניק פֿון מײַן אַמאָליגען רוסישען לעהרער, דער „ראַבינער", װועלכער פֿלעגט קומ'ען מיט מיר לערנען אין אונזער שענק. איצט איז ער שױין געװוען פֿאַרהױיראַט (פֿאַר דער ניטאָרין, װואָס האָט אים אױיפֿגעהאַלטען). די ראַבינער-שול האָט ער אָבער ניט געענדיגט. די פֿרױי האָט געפֿיהרט אַ װוארשטאַט, און ער האָט געגעבען אוראָקען. זײַן פּלעמעניק, מײַן שילער, איז געװוען אַ רױיט-האָריגער אינגעל פֿון אַ יאָהר צװועלף. געצאָהלט פֿאַר איהם האָט מיר ניט זײַן פֿאָטער, נאָר טאַקע זײַן אָנקעל. ער האָט מיר אָבער געצאָהלט נאָר מיט צוזאָגונגען. זײַן מיין איז געװוען גוט. ער האָט אײַנפֿאַך ניט געהאַט.
— איהר לעגט מיר אָפּ און איהר לעגט מיר אָפּ, — האָב איך צו איהם אײַן מאָל געזאָגט, כאַפּענדיג איהם אױיפֿ'ן גאַס, און רײַדענדיג צו איהם אױיף רוסיש. אױיפֿ'ן ראָג טײַטשע גאַס און גיטקע טױיבע'ס זאַװואָלאַק איז דאָס געװוען.
— אַבילע איך װועל דיר אָפּגעבען, — האָט ער מיר געענטפֿערט אױיף אידיש. דאָס געדענק איך אױיך צוליב אַ װוארט. אין װוילנא זאָגט מען „אַבי", ניט „אַבילע". מײַן געװועזענער לעהרער איז געװוען פֿון אַ שטעדטעל אין קאָװונער גובערניע.
איך האָב אױיך געגעבען אַן אוראָק אַ פֿאַרהײַראַטען יונגען מאַן. ער און זײַן פֿרױי האָבען געהאַלטען אַ קראָם פֿון שטיקלעך װואַרע, און דעם אוראָק פֿלעג איך איהם געבען אין קראָם. אַלע װוײַלע פֿלעגט ער זיך פֿאַרריידען מיט אַ קונה, אָדער מיט דער פֿרױי, און דערנאָך פֿלעג איך איהם מוזען אָפּגעבען די צײַט, װואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אױיף דיזען אָרט. אַנשטאָט אײַן שעה פֿלעגט מיר 241אױיסקומ'ען מיט איהם צו זיצען אַנדערהאַלבען, אָדער זאָגאַר מעהר. װוי דיזער שילער האָט אױיסגעזעהן און װואו זײַן קראָם איז געװוען, געדענק איך ניט. דער אוראָק האָט אָנגעהאַלטען נאָר אַ קורצע צײַט.
מיט חיים'קען האָב איך אָפֿט גערעדט װועגען רעליגיע. איך האָב זיך געסטאַרעט איהם צו באַקעהרען. ער האָט מיר אָבער יעדעם מאָל אָפּגע'פּטר'ט מיט אַ שפּאַס. ער איז ניט געװוען פֿרום, אָבער שרײַבען אום שבת װואָלט ער ניט געשריבען, הגם געלט האָט ער שבת יאָ געהאַלטען. אַרײַנלאָזען זיך אָבער אין דער פֿראַגע, צי עס איז דאָ אַ גאָט, צי ניט, האָט ער ניט געװואָלט.
יעדען פֿרײַטאָג-צונאַכט פֿלעגט ער געהן אין טעאַטער, דערנאָך פֿלעגט ער מיר דערצעהלען, װואָס ער האָט דאָרטען געזעהן. האָב איך איהם אַמאָל געשטעלט אַ פֿראַגע: װוי באַלד אַז ער האָט ניט מורא צו קױיפֿען אַ בילעט אום שבת, טאָ פֿאַרװואָס האָט ער מורא צו שרײַבען אום שבת? — האָט ער געמאַכט שפּאַס פֿון מײַן קשיא.
אײַן שילער האָב איך געלערענט אָהן געלט. דאָס איז געװוען אַ ישיבֿה-בחור, װועלכען איך האָב געקאַנט פֿון חסיד'ס מנין. איהם האָב איך דעם אוראָק געגעבען הױיפּטזעכליך, װוייל ער האָט זיך צוגעהערט צו מײַן אפֿיקורס'ישער פּראָפּאַגאַנדאַ. ער האָט זיך טאַקע אינטערעסירט מיט מײַנע ערקלעהרונגען און ער האָט זיי פֿאַרשטאַנען. ער איז געװוען אַ פֿעהיגער בחור; ער האָט אָבער געהאַט אַן אונגעהײַערע הױיכע מיינונג װועגען זיך. אָפֿט פֿלעגט ער זיך מיט מיר דינגען װועגען דעם פּשט פֿון אַ רוסישען װוארט, הגם דאָס רוב איז זײַן אײַגענער פֿירוש געװוען ניט מעהר װוי אַ בױיד-סבֿרא. אײַנמאָל האָבען מיר זיך דורך אַזאַ דעבאַטע צוקריגט און איך האָב איהם אױיפֿגעהערט צו לערנען.
יעדער נײַער טריט, װואָס איך האָב געשטעלט, איז געװוען דער רעזולטאַט פֿון שװוערער אַרבייט, אָדער פֿון אַ צופֿאַל. די װועלט איז פֿאַר מיר געװוארען ברייטער, אָבער זעהר לאַנגזאַם. װוען איך 242װועלט געהאַט אַ װועג-װוייזער, װואָלט איך פֿאַרשפּאָרט אַ סך מיה און צײַט. איך האָב געטראָפֿט װוי אַ בלינדער, און בין געגאַנגען פּאַמעלעך װוי אַ בלינדער. אַ הײַנטיגער װוילנער אינגעל, אפֿילו אַן אָרימער, דאַרף אַזױ שװוערע און לאַנגע גײַסטיגע רײַזע ניט דורכמאַכען. די טאַטעס זײַנען אַנדערע און די קינדער זײַנען אַנדערע. אַ צעהן-יעהריגער װוילנער אינגעל אין דער אומװויסענדסטער פֿאַמיליע װוייס הײַנט פֿילע זאַכען, װועלכע מיר זײַנען קױים געװואָהר געװוארען צו פֿערצעהן אָדער פֿופֿצעהן יאָהר.
צום בײַשפּיל: איך בין שױין געװוען מעהר װוי פֿערצעהן יאָהר אַלט, אײַדער איך האָב זיך דערװואוסט, אַז אין װוילנא איז פֿאַראַן אַ פֿרײַע ביבליאָטעק, װואָס געהערט צו דער רעגירונג און אַ יעדער קען אַהין אַרײַנקומ'ען, זיצען אין אַ פֿײַנעם זאַל און לעזען די בעסטע ביכער. און אײַדער איך האָב בײַ זיך גע'פּועל'ט צו געהן אַהין, בין איך שױין געװוען מעהר װוי פֿופֿצעהן יאָהר אַלט. מײַן טאַטע און די טאַטעס פֿון מײַנע חבֿרים האָבען די דאָזיגע ביבליאָטעק ניט באַדאַרפֿט האָבען און זיי האָבען פֿון איהר ניט געװואוסט.
די ביבליאָטעק איז געשטאַנען אין אַ שעהנעם װוינקעל, אַנטקעגען דעם גענעראַל-גובערנאַטאָר'ם הױיף, װואו עס פֿלעגט זיך אָפּשטעלען דער קיסר יעדעס מאָל װוען ער האָט באַזוכט װוילנא. נאָהענט דערבײַ איז אױיך געװוען די גימנאַזיע. אױיף דער געבײַדע פֿון דער ביבליאָטעק האָבען געבליטשעט צװוױי גרױיסע גילדערנע װוערטער: „פּובליטשנאַיא ביבליאָטעקאַ". איך פֿלעג דאָרט אָפֿט פֿאַרבײַגעהן כּמעט פֿון קינדװוייז אָן, און װוארים דורך דאָרטען פֿלעגען מיר געהן קוקען אױיף דעם גרױיסען שעהנעם פֿאָנטאַן, װואָס האָט געשפּריצט בײַ דעם „קיסר'ס דװוארעץ" — דאָס הייסט בײַ דעם גענעראַל-גובערנאַטאָר'ם װואױינונג. װואָס דאָס איז אַזױינס, האָב איך אָבער ניט געװואוסט, און האָב װועגען דעם קײַן קשיות ניט געפֿרעגט.
עס זײַנען אָבער דאַן שױין געװוען אידישע יונגע לײַט, גימנאַזיסטען, אינסטיטוטשיקעס, געװועזענע „ראַבינטשיקעס", װועלכע האָבען די ביבליאָטעק באַזוכט און זיך געפֿיהלט אין איהר װוי אין דערהיים, און דורך אַ פּאָר פֿון זיי האָב איך ענדליך געמאַכט די ענטדעקונג, אַז אַהין איז אַזױי לײַכט אַרײַנצוקומ'ען װוי אין אַ חסיד'ס קלױיז.
243איך בין אַװועק אַהין. איך האָב געעפֿענט די גרױיסע שעהנע טיר מיט אַ געפֿיהל פֿון עהרפֿורכט. איך בין צוגעגאַנגען צום קאַטאַלאָג, אױיסגעזוכט די קאַרטעל פֿון טורגעניעװו'ס װוערק, אױיסגעפֿילט דעם צעטעלע און דאָס דערלאַנגט דעם ביבליאָטעקאַר, װועלכער איז געזעסען אין דער הױיך, אין אַ װוינקעל, לעבען טיר.
איך געדענק װוי ער האָט אױיסגעזעהען: דאַר, מיט גלאַט-פֿאַרקעמטע האָר, אָהן אַ באַרד, מיט דינע ליפּען. ער האָט אױיף מיר געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ דײַטש. ער האָט מיר אױיפֿגענומ'ען העפֿליך, און האָט מיר באַלד געברענגט דעם ערשטען באַנד פֿון טורגעניעװו'ס װוערק. איך האָב זיך גלײַך גענומ'ען צו דעם לאַנגען לעזע-טיש.
אָבער דער ביבליאָטעקאַר האָט מיך פֿאַרהאַלטען:
— איהר מוזט פֿריהער אױיסטאָן אײַער אױיבער-ראָק, — האָט ער געזאָגט, װוייזענדיג אױיף דעם פֿאָדער-צימער, — אין אַן אױיבער-ראָק איז פֿאַרװוערט צו לעזען.
— עס איז ניט קײַן אױיבער-ראָק, — האָב איך געענטפֿערט, רויט-װוערענדיג.
עס איז געװוען זומער, און מײַן קאַפּאָטקע — פֿון אַ דונקעל פֿיאָלעטענעם קאָליר — איז ניט געװוען קײַן קורצע. עס איז אײַגענטליך געװוען ניט קײַן ראָק און ניט קײַן אױיבער-ראָק, נאָר בײַדע צוזאַמ'ען. קײַן ספּעציעלען זומערדיגען אױיבער-ראָק האָב איך איבערהױיפּט קײַנמאָל ניט געהאַט. אָבער דער ביבליאָטעקאַר האָט גע'פּסק'נ'ט, אַז עס איז אַן אױיבער-ראָק, און איך האָב געמוזט פֿאַרלאָזען דעם פּלאַץ. אַזױי װוי אַ צופּאַטשעטער בין איך אַרױיסגעגאַנגען.
איך האָב ניט גערוהט ביז איך האָב געקראָגען אַ קורצען רעקעל. מײַן מוטער'ס אַ װוייטער קרוב, אַן אַפֿטיקער, האָט מיר געשאָנקען זײַנעם אַ ראָק פֿון אַ בלױיען טוך. די שטאָף איז געװוען אַ גוטע; דער ראָק איז אָבער געװוען צו גרױיס אױיף מיר; װואָרין דער אַפֿטיקער איז געװוען מיט עטליכע יאָהר עלטער פֿאַר מיר. האָט מען דעם ראָק געלאָזען איבערניצעװוען (פֿאַר מײַן אײַגען-פֿאַרדינטען געלט).
דרײַ מאָל אַ טאָג בין איך געלאָפֿען צום שנײַדער, און ער איז גראַד געװוען פֿאַרנומ'ען מיט װויכטיגערע באַשטעלונגען. ענדליך איז מײַן ראָק פֿאַרטיג געװוארען — דער ערשטער „קורצער ראָק", 244װואָס איך האָב װוען עס איז געטראָגען. פֿיהלענדיג זיך אין איהם װוי אַ כּלה אין איהר חתונה-קלייד, בין איך אַװועקגעלאָפֿען אין דער ביבליאָטעקע.
טראָגענדיג דעם „נײַעם" רעקעל פֿון אונטען, און מײַן פֿיאָלעטענע קאַפּאָטקע פֿון אױיבען, האָב איך מײַן „אױיבער-ראָק" װואָזשנע אױיסגעטאָן און איהם דערלאַנגט דעם שװוייצער, װועלכער האָט מיר געגעבען אַ מעשענעם טשעק מיט אַ נומער. איך בין אַרײַן אין דעם לעזע-זאַל מיט אַ זיגרײַכער מינע. איך האָב געפֿאָדערט און באַקומ'ען דעם ערשטען באַנד פֿון טורגעניעװו'ס װוערק און זיך געזעצט לעזען. איך האָב זיך געפֿיהלט אַזױי װוי פֿלוצלינג װואָלט איך געװוארען צעהן מאָהל מעהר גױי װוי פֿריהער.
איך האָב געלעזען מיט גרױיס התמדה. טאַמער בין איך ניט געװוען זיכער אין דעם פּשט פֿון אַ װוארט, האָב איך איהם נאָכגעקוקט אין דאַיל'ס װוערטער-בוך, װועלכער איז באַשטאַנען פֿון עטליכע גרױיסע בענדער. און דאַיל'ס װוערטער-בוך האָט מיר װוייטער אָנגעפֿילט מיט רעספּעקט און מיט תענוג. די רוסישע ערקלערונגען אױיף די „שװוערע" רוסישע װוערטער האָב איך פֿאַרשריבען. דער פֿאַרשריבען האָט מיר געדױיערט, און האָט מיר שטאַרק געשטערט צום לעזען; װואָרין איך פֿלעג ניט פֿאַרצייכענען בלױיז דעם פּשט, װואָס איך האָב געדאַרפֿט האָבען, נאָר אַלע באַדײַטונגען װואָס דער װוארט האָט. עס איז געװוען אַן אַרױיסגעװוארפֿענע פּראַצע. אָבער זי האָט מיר אױיך פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגען.
אַלע טאָג בין איך אַהין געגאַנגען, און האָב דאָרטען פֿאַרבראַכט צו פֿיר-פֿינף שטונדען אַ טאָג. איך געדענק דעם ביבליאָטעק'ס ריח פֿון דעם זאַל און די שטילקייט, װועלכע האָט אין איהם אַרומ'עשװועבט. איך געדענק דעם בונד פֿון דעם בוך; איך געדענק דעם טעם פֿון דעם מעשענעם טשעק, װועלכען איך פֿלעג האַלטען אין מױיל און קײַען שטילערהייט בשעת איך האָב געלעזען. דער דאַזיגער טעם פֿון דעם קוהלען מעטאַל איז אין מײַן זכרון ספּעציעל פֿאַרבונדען מיט דעם טעם פֿון טורגעניעװו'ס שורות װועגען דעם טױיט פֿון דעם גרױיסען שריפֿטשטעלער גאָגאָל — אַן אַרטיקעל, פֿאַר װועלכען מען האָט איהם אַרעסטירט.
245אין דיזער ביבליאָטעק האָב איך איבערגעלעזען אַלע װוערק טורגעניעװו'ס, פֿון אָנהױיב ביז'ן ענד. איך האָב דאָרטען אױיך געלעזען אָסטראָװוסקי'ס דראַמא „גראָזאַ" און דאָבראָליובאָװו'ס קריטיק איבער איהר.
איך האָב שױין געזאָגט, אַז פּיסאַרעװו איז אַ פֿאַרבאָטענער שרײַבער, אָבער נאָר צװוױי פֿון זײַנע בענדער זײַנען געװוען פֿאַרבאָטען: דער צװוייטער און דער נײַנטער. האָב איך גענומ'ען אַנדערע ביכער זײַנע, און אין אײַנעם פֿון זיי האָט זיך גראַד געפֿונען אַ קריטיק אױיף טשערנישעװוסקי'ס באַריהמטען ראָמאַן „װואָס זאָל מען טאָן ?", װועלכער איז געװוען אַ סך „טריפֿ'ער" װוי פּיסאַרעװו'ס „געפֿעהרליכסטע" װוערק. און װואָס די דאַזיגע טריפֿ'קייט באַשטעהט, האָב איך געװואוסט זעהר אונדײַטליך. און די קריטיק איז פֿאַר מיר געװוען װוי אַ טומאַן.
איך האָב זאָגאַר ניט געקענט זאָגען, אַז איך פֿאַרשטעהע גוט טורגעניעװו'ן. זײַן שפּראַך איז מיר געװוען קלאָר װוי קריסטאַל, און אױיך שעהן װוי קריסטאַל. אָבער װואָס טורגעניעװו װויל מיט זײַן באַזאַראָװו'ען אָדער מיט זײַן אינסאַראָװו'ען, האָב איך ניט פֿאַרשטאַנ'ען. איך האָב געלעזען צולײַב דעם תענוג, װואָס די שפּראַך האָט מיר פֿאַרשאַפֿען און צולײַב די נײַע װוערטער, װואָס זײַנען מיר צוגעקומ'ען פֿון לעזען, מיט דער הילף פֿון װוערטער-בוך.
די װוילנער עפֿענטליכע ביבליאָטעקע איז פֿאַר מיר געװוען אַ טעמפּעל פֿון גײַסטיגען פֿאָרטשריט, און אין פֿאַרלױיף פֿון פֿילע מאָנאַטען האָב איך אין איהר פֿאַרבראַכט גליקליכע שטונדען.
עס איז אַרױיס אַ געזעץ, אַז די יאָהרען פֿון געװויסע אידישע יונגע לײַט זאָלען באַשטימט װוערען לױיט זייער „נאַרװושני װויד" (אױיסערליכער אױיסזעהן). דאָס איז געװוען שייך צו די, װואָס האָבען זיך באַדאַרפֿט שטעלען צום „פּריזיװו" (רוף צו מיליטער-דינסט) און װועלכע מען האָט ניט פֿאַרשריבען אין דער צײַט פֿון 246זייער געבורט; עס איז אַלזאָ ניט געװוען קײַן דײַטליכער באַװוייז, װוי אַלט זיי זײַנען, און די רעגירונג האָט חושד געװוען, אַז אַזעלכע „פּריזיװוניקעס" גיבען אָן זייערע יאָהרען פֿאַלש, מיט דעם צוועק זיך אױיסצודרעהען פֿון דינסט. אַלזאָ, זײַנען באַשטימט געװוארען קאָמיסיות, יעדער יונגען אידען אַזעלכען צו באַקוקען און אָפּשאַצען זײַן עלטער. מען האָט געשאַצט לױיט זײַן אױיסזעהן, און צי מען האָט געטראָפֿען, צי ניט — די אָפּשאַצונג איז אָנגענומ'ען געװוארען אַלס זײַנע יאָהרען.
דערבײַ איז פֿאָרגעקומ'ען אַ סך קאָמישעס און אַ סך אַנטי-סעמיטישע בײַזװויליגקייט, אידיאָטסטװואָ און כאַבאַר-נעמערײַי.
אין אידישע שטעדט און שטעדטלעך איז געװוען אַ מהומה.
די קאָמיסיע איז בײַ אונז געזעסען אין דער געבײַדע פֿון דער דומאַ (ראַט-הױיז, סיטי-האָל) אױיף טראָקער גאַס. יעדער קאַנדידאַט האָט געדאַרפֿט אָנגעבען אַ „זאַיאַװולעניע", אַן ערקלעהרונג, אַז ער װויל זיך „שטעלען צום נאַרװושני װויד", און די עטליכע שורות האָבען געמוזט געשריבען װוערען אױיף רוסיש, נאַטירליך. אַלזאָ, האָבען אַ פּאָר פֿון מײַנע באַקאַנטע בחורים'לעך דערבײַ געמאַכט אַ „היבשע מטבע".
אײַנער פֿון זיי איז געװוען דער אױיבען דערמאַנטער גאָלדמאַן, דער זוהן פֿון אַ קירזשנער; דעם צװוייטענ'ס נאָמען געדענק איך ניט. װוען איך האָב זיך דערװואוסט דערפֿון, בין איך אױיך געגאַנגען אַהין.
אין דעם פֿאָדער-צימער פֿון דער „דומאַ" אַרום אַ פֿענסטער איז געװוען אַ גאַנצער יאַריד. די זאַיאַװולעניעס זײַנען געשריבען געװוארען אױיפ'ן פֿענסטער, און אַרום די שרײַבער זײַנען געשטאַנען מענשען מיט קלײַנגעלט אין די הענד, װוארטענדיג אױיף זייער רייהע.
איך האָב זיך באַזאָרגט מיט טינט און פֿעדער און זיך אױיך גענומ'ען צו „ביזנעס". גאָלדמאַן, װועלכער איז געװוען מיינער אַ חבֿר און ניט קײַן שלעכטער אין נאַטור, האָט גאָר ניט געהאַט דאַגעגען. דער צװוייטער אָבער האָט ניט געװואָלט לײַדען. איך האָב אָבער גערעדט רוסיש בעסער װוי ער, און װוען איך האָב מיט איהם גענומ'ען רײַדען אױיף רוסיש און אָפּלאַכען פֿון זײַן „מאָנאָפֿאָל", האָט ער געביטען דעם טאָן. אַ פּאָר טעג שפּעטער האָבען 247מיר געמאַכט אַ קאָאָפּעראַציע. אײַנער איז געשטאַנען אױיפ'ן גאַס און געכאַפֿט דעם קונד גלײַך װוי ער איז צוגעקומ'ען צו דער טיר פֿון דער דומאַ, און די אַנדערע צװוױי האָבען געשריבען.
עס האָבען זיך באַװויזען נאָך קאָנקורענטען, אָבער געגען אונזער „טראַסט" זײַנען זיי געװוען הילפֿלאָז.
פֿאַר אַ זאַיאַװולעניע פֿלעגט מען באַצאָהלען אַ גילדען — פֿופֿצעהן קאָפּיקעס. װוען אימיצער האָט געפֿרואוט אַראָפּצולאָזען דעם פּרײַז, האָט ער אױיך ניט געפֿונען קײַן בעלנים, װואָרים דער עולם האָט געהאַט צוטרױי נאָר צו אונז.
די ערשטע צװוױי װואָכען האָט גערעגענט מיט גילדענס. דערנאָך זײַנען זיי געװוארען זעלטענער. ביז עס איז געקומ'ען אַן ענד צו דער גאַנצער פּרנסה.
אױיף דיזען אָרט האָב איך פֿאַרדינט ביז זעכציג רובעל — אַ ריזיגע סומע פֿאַר מיר !
פֿון אונזערע קלײַנטען געדענק איך נאָר אײַנעם. און ניט אַזױי איהם גופֿא, װוי זײַן פֿרױי, װועלכע האָט אונז אַלעמען באַצויבערט. זי איז געװוען פֿון פּױילען, און איהר „פֿאַרצויגענע" שפּראַך איז געװוען פֿול מיט חן אין אונזערע ליטװוישע אױיערען. אפֿשר װואָלטען מיר דאָס ניט באַמערקט, װוען איהר קײַלעכדיגער, קלאָרװוייסער פּנים'ל װואָלט ניט געװוען פֿול מיט קינדערשען חן.
זי האָט ניט אױיפֿגעהערט צו װוינען און צו זיפֿצען, און צו מאַכען טרױועריגע אױיסערלעך. און מיר האָבען ניט אױיפֿגעהערט איהר צו טרייסטען און צו פֿאַרזיכערען, אַז איהר מאַן װועט באַקומ'ען אַ גוטען „נאַרװושני װויד".
איך האָב גענומ'ען קלעהרען װועגען מאָל'ען מעטריקעס און גרייטען זיך אָנצוקומ'ען אין אינסטיטוט.
מײַן מוטער האָט געקװואָלען פֿון מײַנע זעכציג רובעל און באַװואונדערט מײַן בריה'שקייט; אָבער אַז איך װועל אָנקומ'ען אין אינסטיטוט, װואו מען האַלט אַלע שילער „אױיף קאַזיאַנע" און דערנאָך גיט מען יערען פֿון זיי אַ קאַזיאַנע לעהרער-שטעלע — אַז אַזאַ גליק זאָל מיר געשעהן, האָט זיך איהר ניט געגלױיבט.
248דרײַ יונגע לײַט, אַלע פֿיל עלטער פֿון מיר, האָבען געהאַלטען אַ קװואַרטיר צוזאַמ'ען און איך פֿלעג בײַ זיי אָפּפֿליגען גאַנצענע טעג און אָװוענדען. נאָר עסען און שלאָפֿען פֿלעג איך געהן אַהיים.
פּינקטליך אױיסרעכענען, װוען דאָס איז געװוען, איז מיר אוממעגליך. איך װוייס, אַז איך בין שױין דאַן געװוען נאָהענט צו זעכצעהן יאָהר. פֿילעס פֿון יענער צײַט איז אין מײַן זכרון ניט נאָר קלאָר, אַזױי װוי נעבטען װואָלט דאָס געװוען, נאָר עס האָט אַ דײַטליכען סדר אױיך. עס זײַנען אָבער פֿאַראַן פֿאַסעטען, װועלכע זײַנען טיף אײַנגעקריצט אין מײַן מוח, אָבער װועגען װועלכע עס איז מיר שװוער צו זאָגען, צו װואָסער צײַט זיי געהערען. אַזױי איז דאָס מיט די עטליכע מאָנאַטען, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט בײַ די דרײַ בחורים.
זייער צימער האָט זיך געפֿונען אין אַ זונדערבאַרען פּלאַץ.
אין װוילנא איז דאַן געװוען אַ ספּעציעלע יאַטקע פֿון גאַנז (איך געדענק ניט, צי מען פֿלעגט דאָרטען פֿאַרקױיפֿען נאָר „טולעם"-גאַנז, װואָס זײַנען שױין געקױילעט, אַרומגעפֿליקט און פֿאַרטיג צום בראָטען — אָדער לעבעדיגע אױיך). דאָס איז געװוען אױיף אַ גרױיסען הױיף, עטליכע טריט פֿון דער גרױיסער יאַטקע, אױיף אַ געסעל, װואָס פֿיהרט צו קאַמניצקער גאַס. דער הױיף האָט געהייסען „גענז-לאַרניע".
דיזער הױיף און דער נעקסטער האָבען געהערט צו דעם העברעאישען שריפֿטשטעלער ראָזענזאָן, און װועלכער פֿלעגט שרײַבען האַלב-משוגע'נע ביכלעך פֿון אַ האַלב-מיסינערסקען כאַראַקטער.
די צװוױי הױיפֿען זײַנען אין זייערע אױיבערשטע עטאַזשען געװוען פֿאַראייניגט דורך לאַנגע, געדרעהטע קאָרידאָרען — אַ פּלאַנטער, פֿון װועלכען אַ פֿרעמדען מענשען איז ניט געװוען לײַכט זיך אַרױיסצופּלאָנטערען. זיי האָבען געהאַט אַ שם, די דאַזיגע 249קאַרידאָרען. קײַן סך װואוינונגען זײַנען אין זיי ניט געװוען. איהר זייט געגאַנגען און געגאַנגען אײַדער איהר האָט דערזעהן אַ טיר. אײַנע פֿון די טירען האָט געהערט צו דער קװואַרטיר פֿון מײַנע דרײַ פֿרײַנד. זייער צימער איז געװוען אַ היבשער, מיט אַן אָפּגעזונדערטער טייל, אָהן אַ טיר, װועלכע האָט געדינט אַלס ספּאַלניע. דער פֿענסטער איז אַרױיסגעגאַנגען אַנטקעגען אַ טױיטער װואַנט. צװוישען דעם פֿענסטער און יענער װואַנט איז געװוען אַ שמאָלינקער ליכטיגער שטח. קײַן גאַס און קײַן מענשען האָט מען אָבער פֿון דאָרטען ניט געזעהן.
אַ שרײַבער פֿון שונד-דראַמאַנען װואָלט יענע קאָרידאָרען מיט יענעם צימער אױיסגעקליבען פֿאַר דער הױיפּט-קװואַרטיר פֿון אַ שאַיקע גנבים, פֿאַלש-געלט-מאַכער, אָדער „קידנעפּערס". װוי אַזױי מײַנע דרײַ פֿרײַנד האָבען דעם פּלאַץ ענטדעקט, װוייס איך ניט. בילליג איז ער געװוען גענוג, אָבער זײַן אָפּגעזונדערטקייט איז פֿאַר זיי געװוען נאָך װויכטיגער װוי דער פּרײַז.
צװוױי פֿון די דרײַ יונגע לײַט זײַנען געװוען אינטעליגענטען; אײַנער פֿון זיי האָט געהייסען כאַצקעל נאָװויק, אַ געזונטער, ברייטפּלייציגער, פֿרעהליכער יונג. איך האָב איהם געקענט פֿון דער פּלאַשטשאַדסקער ישיבֿה. ער האָט געגעבען שטונדען אױיף לעזען און שרײַבען רוסיש און אַ ביסעל רעכענען.
דער צװוייטער אינטעליגענט האָט געהייסען לײַזער (זײַן פֿאַמיליען-נאָמען געדענק איך ניט). ער האָט פֿריהער געלערענט אין אַ ראַמיעל'ס קלױיז, און איצט איז ער גאַנצע טעג געזעסען איבער אַ רוסישער גראַמאַטיק אָדער אַן אַלגעברא. ער האָט באַקומ'ען אַ שטיצע פֿון זײַן מוטער, אַן אַלמנה, װועלכע האָט געהאַלטען עפּעס אַ קראָם.
לײַזער איז געװוען דער העכסטער אין װואוקס, אַ הױיכער בחור, מיט ניט קײַן גלאַטען פּנים, מיט גרױיסע עהרליכע אױיגען, מיט אַן אומגעלומפּערטער גרױיסער פֿיגור.
דער דריטער — ניט קײַן הױיכער, אָבער גוט געװואקסען, מיט אַ גרױיסע „פּאַטלע" געקרײַזעלטע האָר — פֿלעגט געהן פֿון הױיז צו הױיז מיט אַ סידור און אַ טײַטעל און לערנען מיידלעך דאַװונען. געװוענהליך פֿלעגען אַזעלכע מלמד'לעך זײַן אַלטמאָדישע אידען 250פֿון די מיטעלע יאָהרען און פֿון אַ גאַנץ אָרימען און עם-האָרץ'ישען אױיסזעהונג. דיזער לעהרער איז געװוען אַ יונגער פּראַנט. די האָר פֿלעגט ער פֿריזירען בײַ אַ פּאַרוק-מאַכער, און שבת פֿלעגט ער זײַן אױיסגעפּוצט אין עסיג און אין האָניג. אומװויסענדער איז ער אָבער געװוען ניט װועניגער װוי אַנדערע הױיז-צו-הױיז מלמדים פֿון יענער צײַט. װוען זײַנע אינטעליגענטע מיט-קװואַרטיראַנטען און זייערע געסט פֿלעגען זיצען און שמועסען װועגען „שװוארצע פּינטעלעך", פֿלעגט ער זיך צוהערען מיט רעספּעקט.
די דרײַ בחורים זײַנען געװוען גוטע גאַסט-פֿרײַנדליכע מענשען, און צו זיי פֿלעגען אײַנגעהן יונגע לײַט פֿון פֿאַרשידענע קלאַסען: ישיבֿה-בחורים, משכּילים; אַזעלכע, װואָס האָבען געלערענט און געלעזען רוסישע ביכער, און אונװויסענדע יונגע בעל-מלאכה'ס.
פֿון קײַן אַרבייטער, װואָס זאָלען נאָהערען צו דער סאָציאַליסטישער באַװועגונג און װוערען דורך איהר ענטװויקעלט, האָט מען נאָך דאַן ניט געװואוסט. דער „בונד" האָט זיך נאָך קײַנעם ניט גע'חלום'ט. אין װוילנא איז דאַן געװוען אַ טיפּ בעל-מלאכה, װואָס פֿלעגט געהן לערנען „חיי אדם" אין דער „חבֿרה פּועלים". אײַניגע פֿון דיזען טיפּ זײַנען געװוען באַגײַסטערטע פֿרומאַקעס. פֿון אַרבייטער װואָס זאָלען זײַן אידעאַליסטען אױיף אַ הײַנט-װועלטיגען שטייגער, האָט מען נאָך דאַן קײַן באַגריף ניט געהאַט.
די עטליכע יונגע בעלי-מלאכות, װואָס פֿלעגען קומ'ען אין דער „גענזעלניע" (אַזױ פֿלעגען מיר געװוענהליך רופֿען די דירה פֿון די דרײַ יונגע לײַט), זײַנען געװוען אַרבייטער, װוי אַלע אידישע אַרבייטער פֿון יענע יאָהרען. די מאַיאָריטעט פֿון די אײַנגענהער איז באַשטאַנען פֿון בחורים אָדער אינגלעך, װואָס האָבען געשטרעבט צו בילדונג אױיף רוסיש, אַזױי װוי נאָװויק, לײַזער, און איך. מיר פֿלעגען לעזען און זיך טיילען מיט דאָס געלעזענע. מיר פֿלעגען מאַכען „זאַדאַטשעס", שמועסען װועגען דער פֿראַגימנאַזיע און װועגען דעם אינסטיטוט.
צװוישען די געסט זײַנען געװוען אַ פּאָר העברעער, באַלעזענע מענשען, װועלכע פֿלעגען רײַדען װועגען גאָט, נאַטור — פֿילאָזאָפֿישע 251געדאַנקען, מיט װועלכע זיי זײַנען געװוען באַקאַנט. איך פֿלעג זיך צו זייערע רײַד צוהערען מיט אַ טיפֿען אינטערעס.
נאָװויק און לײַזער האָבען מיך באַהאַנדעלט װוי אַ אינגערען ברודער װואָס איז געבילדעטער פֿאַר זיי. און דאָס איז געװוען הױיפּטזעכליך דערפֿאַר, װואָס איך האָב גערעדט רוסיש אַ סך בעסער װוי זיי, װוארים אין מאַטעמאַטיק האָט לײַזער געהאַלטען װוייטער פֿון מיר. ער איז שױין געװוען אַ גאַנצער מחותן מיט אַלגעברא, און איך האָב אַלגעברא ערשט גענומ'ען לערנען. דעראַפֿאָר אָבער האָב איך אַחוץ רוסיש געקענט מעהר געאָגראַפֿיע װוי ער.
גאַנצע טעג פֿלעגט לײַזער זיצען און מאַכען אַלגעברישע זאַדאַטשעס, צוהאַלטענדיג אַ פֿיצעלע בלײַשטיפֿט מיט אַ גרױיסען, אומגעלומפּערטען פֿינגער, און הױיך אַראָפּשלינגענדיג דעם אָטעם פֿון צײַט צו צײַט. אַזױי האָט ער זיך פֿאַרזיגעלט אין מײַן זכרון.
זײַן דאָרשט נאָך בילדונג האָט אין איהם געגליהט, ער האָט אָבער אָנגעהױיבען אַביסעל צו שפּעט, און דער קאַמף אָהן אַ לעהרער איז געװוען אַ שװוערער.
פֿריהער, װוען ער האָט געלערענט אין דער ישיבֿה, האָט זײַן מוטער, די אַלמנה, אין איהם געשפּיגעלט איהר צוקונפֿטיגען קדיש. איצט האָט זי גאָר ניט פֿאַרשטאַנען, װואָס דאָ קומט פֿאָר. זי האָט געזאָהן, אַז ער איז עפּעס פֿאַרכאַפּט ניט אין קײַן אידישע זאַכען, און איך האָב זיך גע'חידוש'ט. זי האָט אָבער קײַן קשיות ניט געפֿרעגט. זי איז געװוען זיכער, אַז װואָס ער טוט איז גוט.
ער איז געװוען אַ פֿעהיגער מענש, אַ סימפּאַטישער, און אַן ערנסטער. זײַנע גרױיסע אױיגען האָבען אָפֿט געהאַט אַן אומעטיגען אױיסדרוק אין זיך. אַ גאַנץ אַנדער סאָרט מענש איז געװוען נאָװויק. ער איז כּמעט אימער געװוען פֿרעהליך. אָפֿט פֿלעגט ער מאַכען אַ שפּאַס, דערצעהלעדיג אַן אַנעקדאָטע, אָדער כּתם זיך לוסטיג מאַכען.
עס פֿלעגען אַרײַנקומ'ען אַ פּאָר יונגע לײַט, װואָס האָבען אין רוסישע בילדונג געהאַלטען װוייטער פֿון מיר. אײַנער פֿון זיי איז געװוען אַ געװועזענער שילער פֿון ראַבינער-שול. אַ צװוייטער, װועלכען איך שטעל זיך פֿאַר אימער מיט צװוױי ביכלעך אונטערן 252אָרעם, האָט זיך געפֿערטינט צום פֿערטען קלאַס גימנאַזיע. אַ דריטער איז געװוען אַ גוטער העברעער, און װועלכער האָט זיך געלערענט רוסיש און האָט געהאַט גרױיסע צרות מיט דער אױיסשפּראַכע.
לײַזער און נאָװויק האָבען אױיך געהאַט אַ שװוערען קאַמף מיט די רוסישע קלענגונגען. זיי פֿלעגען זיך אָפֿט װוענדען צו מיר װועגען דעם און איך פֿלעג זיי װוייזען װוי מען דאַרף אױיסריידען אַזאַ װוארט אָדער אַזאַ. עהנליכע הילף פֿלעגט בײַ מיר בעטען דער העברעער. איך פֿלעג ליינען פֿאַר איהם און ער פֿלעגט נאָכזאָגען די װוערטער נאָך מיר.
דער לעזער דאַרף ניט פֿאַרגעסען, אַז דאַ האַנדעלט זיך װועגען װוילנא, װואו דײַטליך אױיסצוריידען אַ „שין", אַנדערש װוי אַ „סמך", איז אַ קונסט. דער „מיאַכקי זנאַק" איז אױיך געװוען אַ גאַנץ שװוערער עסק. זאָגען דעם װוארט „גאָרקי" (ביטער) אױיפ'ן ריכטיגען רוסישען שטייגער איז פֿאַר אידען איבערהױיפּט געװוען ניט לײַכט.
עס פֿלעגען אַרײַנקומ'ען אַנדערע יונגע לײַט, װועלכע האָבען זיך געצױיגען צו בילדונג און צו נײַע געדאַנקען. די װואוינונג פֿון די דרײַ בחורים איז געװוארען אַ נעסט פֿון גײַסטיגע שטרעבונגען און פֿון גײַסטיגע פֿרייהייט. אָבער דאָס איז ניט געװוען די אײַנציגע. צוזאַמ'ען מיט גײַסטיגע בענקעניש איז אױיך געװוען אַ בענקעניש נאָך ליבע און נאָך געשלעכטס-אינטערעסען פֿון ניט קײַן ראָמאַנטישען כאַראַקטער.
צו דעם פֿראַנטאָװוסקען מלמד'ל פֿלעגען קומ'ען צװוױי שעהנגעװואקסענע שנײַדער-יונגען מיט זייערע כּלות און מיט אַ פּאָר אַנדערע מיידלעך. זיי פֿלעגען מייסטענס קומ'ען שבת בײַטאָג, און זייער הױיפּט-צװועק איז געװוען טאַנצען. און מיר פֿלעגען אַלע אָנטייל נעמ'ען. דאָרטען האָט מען מיר אױיסגעלערענט אַ קאַדריל און אַ לאַנסיע. קײַן קלעזמער זײַנען ניט געװוען. מען פֿלעגט אַלײַן טאַנצען און אַלײַן זינגען דעם ניגון.
אַ געװויסע צײַט בין איך אַזױי פֿאַרקאַפּט געװוען אין קאַדרילען און לאַנסיעס, אַז איך פֿלעג מיט אונגעדולד װוארטען אױיפ'ן נעקסטען שבת, װוען מען װועט װוידער טאַנצען.
253װוען די געסט זײַנען געװוען דיזע יונגע שנײַדער מיט זייערע כּלות און זייערע חבֿר'טעס, זײַנען די פֿאַרהעלטניסען צװוישען די צװוױי געשלעכטער געװוען העכסט אַנשטענדיג. עס פֿלעגען אָבער אַרײַנקומ'ען אַנדערע מיידלעך אױיך, הגם ניט אָפֿט. און אפֿילו דיזע האָבען אױיך געהערט צו דעם אַנשטענדיגען קלאַס. קײַן גאַסען-מיידלעך װואָלט מען אַהער ניט אַרײַנגעלאָזען. דאָך זײַנען געװוען לוסטיגע שטונדען פֿון אַ סאָרט, װועגען װועלכען מען קען ניט שרײַבען. דאָ בין איך מיט אַזעלכע ערפֿאַהרונגען באַקאַנט געװוארען צום ערשטען מאָל. די דרײַ מיט-קװוארטיראַנטען זײַנען געװוען מיט פֿיר-פֿינף יאָהר עלטער װוי איך.
אײַנמאָל איז אַהין געקומ'ען אײַזיק מאיר דיק'ס אַן אײַניקעל, אַ גימנאַזיסט פֿון פֿערטען קלאַס. ער האָט געטראָגען זײַנע בלישטשענדע גימנאַזיסטישע קליידער. עפּעס האָט ער זיך פֿאַרזינדיגט, און מורא געהאַט צו קומ'ען אַהיים. דאַ, בײַ די געסט-פֿרײַנדליכע בחורים, האָט ער גענעכטיגט עטליכע נעכט.
ער האָט גערעדט רוסיש און דײַטש און אױיך אַביסעל פֿראַנצױיזיש. אידיש האָט ער כּמעט ניט געקענט רײַדען. און דאָס האָט אונז נאָר באַצױיבערט. אַז אַ אינגעל, װואָס איז נעבאָרען געװוארען אין װוילנא, זאָל ניט קענען ריידען קײַן אידיש — דאָס איז דאַן געװוען אַ גרױיסע זעלטענהייט. מיר האָבען אַרום איהם אַרומגעפּאַדעט אַזױי װוי ער װואָלט געװוען אַ קרױינפּרינץ.
אײַניגע פֿון די יונגע לײַט האָבען איהם פֿאַרװוארפֿען מיט פֿראַגען װועגען דער גימנאַזיע, װועגען זײַן פֿאָטער'ס הױיז; אַנדערע האָבען געפֿרעגט װועגען זײַן זיידען. און װוען ער האָט ניט געװואוסט צו ענטפֿערן, פֿלעגט ער אױיסקלעהרען ניט קײַן ענטפֿער. איך האָב געפֿיהלט, אַז װואָס ער זאָגט איז אָפֿט ניט געשטױיגען, ניט געפֿלױיגען. כ'האָב אָבער אױיך געפֿיהלט, אַז ער איז אױיך ניט קײַן ליגנער פֿון דער נאַטור און אַז מיר אַלײַן ברענגען איהם דערצו מיט אונזערע חניפֿות.
אין דער צײַט װואָס איך בין געװוען אַן אײַנגעהער אין דער גענזלאַרניע, האָב איך איבערגעלעזען מיכאַילאָװו'ס צװוױי ראָמאַנען : 254„אַז מען האַקט האָלץ, פֿליהען שפּעהנער" און „די העררן אָבנאָסקאָװו".
מיכאַילאָװו'ס ראָמאַנען זײַנען געװוען זעהר פּאָפּולער. אין דער ליטעראַטור האָט מען זיי אָבער ניט אַרײַנגערעכענט.
אַרום דער זעלבער צײַט האָב איך אױיך דורכגעלעזען „אײַנער אַלײַן קען מען ניט פֿיהרען קײַן מלחמה", פֿון דעם דײַטשען שריפֿטשטעלער שפּילהאַגען, אין אַ רוסישער איבערזעצונג. דער ראָמאַן האָט אַ ראַדיקאַלען מײַן, און אַנטהאַלט אַן אָנצוהערעניש אױיף פֿערדינאַנד לאַסאַל'ען. איך קען אָבער ניט זאָגען, אַז איך האָב אין איהם פֿאַרשטאַנען מעהר װוי די מעשה.
איך האָב אױיך איבערגעלעזען „די זומער-קװוארטיר אױיפ'ן רהײַן", פֿון בערטהאָלד אױערבאַך, אױיך אין אַ רוסישער איבערזעצונג (מיט טורגעניעװו'ס אַן הקדמה), און „אין דער הױיך", פֿון דעמזעלבען שרײַבער.
אײַנמאָל, אין אַ נאָכמיטאָג, װוען עטליכע פֿון אונז זײַנען געזעסען אין צימער, האָט זיך אױיפֿגעעפֿענט די טיר און עס איז אַרײַנגעקומ'ען אַ קלייניקער אינגעלע מיט אַ געדרוקטען פּאַפּיר אין האַנט.
— אַ איד האָט עס מיר געהייסען אַרײַנטראָגען צו אײַך, — האָט ער געזאָגט, איבערגעבענדיג אײַנעם פֿון אונז דעם שריפֿט.
די געדרוקטע שורות האָבען געהאַט אַן אונגעװועהנהליכען אױיסזעהן. מיר האָבען גלײַך דערפֿיהלט, אַז ס'איז ניט קײַן „כּשר'ער" אַרטיקעל.
— װואו איז ער ? װואו איז ער ? — האָבען מיר געפֿרעגט דעם אינגעל.
— איך װוייס ניט. ער האָט עס מיר געהייסען אַרײַנטראָגען.
דער אינגעלע האָט געזאָגט, אַז דער „איד" האָט איהם צוגעפֿיהרט צו אונזער טיר. מיר האָבען געעפֿענט די טיר, באַקוקט די קאָרידאָרען. ניט געװוען שױין קײַן איד.
אױיף דעם בױיגען פּאַפּיר זײַנען אױיף אײַן זייט געװוען געדרוקט אידישע שורות, און אױיף דער צװוייטער זייט — העברעאישע (מעגליך, אַז איך האָב אַ טעות און ס'איז געװוען אױיף אידיש און 255אױיף רוסיש. אַז עס איז געװוען אױיף צװוױי שפּראַכען — דאָס געדענק איך קלאָר).
עס איז געװוען אַ סאָציאַליסטישע פּראָקלאַמאַציע. שפּעטער האָב איך זיך דערװואוסט, אַז די פּראָקלאַמאַציע האָט געשריבען ליעבערמאַן *, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם װוויענער „האמת", די ערשטע סאָציאַליסטישע צײַטונג אױיף העברעאיש.
דאָס איז געװוען דער ערשטער פֿאַרבאָטענער שריפֿט, װואָס כ'האָב װוען עס איז געזעהן. עס האָט אונז אַלעמען צוטרייסעלט, אָבער קײַן קלאָרען באַגריף װועגען די געדאַנקען, װואָס די פּראָקלאַמאַציע האָט אױיסגעדריקט, האָט קײַנער פֿון אונז ניט געהאַט.
אַ ביסעל שפּעטער האָט אימיצער געבראַכט טשערנישעװוסקי'ס אױיבען-דערמאַנטען פֿאַרבאָטענעם ראָמאַן „װואָס זאָל מען טאָן ?", און מיר האָבען איהם געלעזען פֿאָר-װוייז. אַזױי װוי דער פֿענסטער איז אַרױיסגעקומ'ען אַנטקעגען אַ טױיטער װואַנט, האָט קײַנער ניט געקענט אַרײַנקוקען. דאָך האָבען מיר איהם געלייענט נאָר בײַנאַכט, פֿאַר פֿאָרמאַכטע לאָדען.
בשעת איך האָב געלעזען פּיסאַרעװו'ס קריטיק אױיף דיזען ראָמאַן, האָב איך קוים פֿאַרשטאַנען װואָס איך לעז; און איצט, װוען איך האָב געלייענט דעם ראָמאַן גופֿא, האָב איך איהם פֿאַרשטאַנען ניט פֿיל מעהר. איך האָב געװואוסט, אַז מען האַלט דאָס פֿאַר אַ גרױיסע װוערק, אַז מען פֿאַרגעטערט דאָס. אין װואָס אָבער די דאָזיגע גרױיסקייט באַשטעהט, האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען. איך האָב זאָגאַר ניט געקענט זעהן, פֿאַר װואָס דער בוך איז פֿאַרבאָטען. אין מײַן קאָפּ איז געװוען אַ טומעל. דער ראָמאַן האָט מיך געלאַנגװוייליגט אָהן אַ שיעור; אָבער ניט ענדיגען איהם, האָב איך ניט געװואָגט.
256די עטליכע מאָנאַטען, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין דער „גענזלאַרניע", זײַנען געװוען אַ געמיש פֿון אײַנדרוקען און באַגערען, פֿון שעהנע גײַסטיגע לײַדענשאַפֿטען און אַנדערע. די פֿיר װוענט, װואָס האָבען פֿאַרבאָרגען פֿאַרבאָטענע פֿרוכט פֿון אײַן מין, האָבען אױיך פֿאַרבאָרגען פֿאַרבאָטענע פֿרוכט פֿון אַ גאַנץ אַנדער מין.
דאַ בין איך דײַטליכער באַקאַנט געװוארען מיט די אומרוהינקייטען, גײַסטיגע און קערפּערליכע, װועלכע אַ אינגעל לעבט דורך אין די יאָהרען, װוען עס הױיבט זיך אָן פֿאַנאַנדערצובליהען אי דער גוף, אי די נשמה.
אַרום יענער צײַט בין איך באַקאַנט געװוארען מיט דעם טעם פֿון ראָמאַנטישער בענקעניש.
מײַנע עלטערן זײַנען מיט מיר געגאַנגען אױיף אַ חתונה. דער כּלה'ס עלטערער ברודער האָט אַרױיסגעװויזען אַ הײַסע איבערגעבענהייט צו איהר און צו דער גאַנצער משפּחה. ער איז אױיך געװוען דער לוסטיגסטער מחותן אױיף דער שמחה — ניט אױיפֿגעהערט צו טאַנצען און צו שטיפּען. ער איז מיר זעהר געפֿעהלען געװוארען.
דער כּלה'ס אַ אינגערע שװועסטערל, אַ מיידעלע פֿון אַ יאָהר אַ פֿערצעהן, מיט שעהנע שװוארצע אױיגען, האָט ער גערופֿען מיט אַ שעהן-פֿאַרצױיגענעם נאָמען. דערנאָך האָט ער, זינגענדיג, איהר גענומ'ען צו זיך אױיפ'ן שױיס און געצערטעלט.
די סצענע האָט מיך אַזױי עלעקטריזירט אַז אַ ציטער איז דורך מײַן הארצען דורכגעלאָפֿען. פֿון יענעם מאָמענט אָן האָב איך פֿון איהר די אױיגען ניט אַראָפּגענומ'ען. און דעם גאַנצען אָװוענט האָט מיר געצױיגען צו זיי ביידען.
אױיף מאָרגען האָב איך געבענקט נאָך דער גאַנצער סצענע; אָבער נאָך דער פֿערצעהן יאָהריגער מיידעלע, אַלס הױיפּט-פֿיגור.
איך בין געװוען פֿאַרליבט. אָבער מעהר װוי צװוױי אָדער דרײַ טעג האָט דאָס ניט געדױיערט.
257איך האָב זיך גענומ'ען גרייטען צום אינסטיטוט. דאָס האָט ביסלאַכװוייז פֿאַרשלונגען מײַן גאַנצען אינטערעס. איך האָב געװואוסט דעם נאָמען פֿון יעדען אינסטיטוטשיק און אײַנצעלהייטען װועגען זײַן פֿערזאָן. װוען איך פֿלעג דערזעהן אימיצען פֿון זיי אױיפ'ן גאַס, אין זײַן שװוארצען קאָסטיום מיט זײַן שװוארצער ברייטער היטעל, מיט איהר גלאַנציגען „קאָזאַראָק", פֿלעג איך פֿיהלען אַכטונג און קנאה. איך פֿלעג אַמאָל ספּעציעל אַריבערגעהן אױיף דעם פּלאַץ, װואו דער אינסטיטוט איז געשטאַנען, און פֿלעג שטעהן און קוקען אױיף דער געבײַדע. אַרײַנגעהן אינװועניג האָט אָן אױיסערליכער מענש ניט געװואָגט. דער טױיער איז מייסטענס געװוען צוגעמאַכט, נאָר אַ „פֿאָרטאַטשקע" איז געװוען אָפֿען, אי דאָס נאָר בײַטאָג, נאַטירליך.
די פֿענסטער פֿון דעם עס-זאַל זײַנען אַרױיסגעקומ'ען אױיפ'ן גאַס. זיי זײַנען אָבער געװוען הױיך איבער דער ערד, און אַרײַנקוקען אין זיי האָט מען געקענט נאָר װוען מען איז געשטאַנען פֿון װוייטען. אַ פּאָר מאָל בין איך אַנטקעגען די פֿענסטער געשטאַנען אין דער מיטאָג-שטונדע. פֿאַר'ן עסען און נאָכ'ן עסען פֿלעגען די שילער זינגען אַ קורצען פּסוק אױיף רוסיש; האָט זייער כאָר מיר געקלונגען װוי די טײַערסטע מוזיק.
אײַנמאָל, ענדע זומער, האָב איך זיך דערזעהן אַרומגעדרעהט אין דער צײַט פֿון די עקזאַמענס פֿאַר די נײַע קאַנדידאַטען. כ'האָב געװואוסט דעם נאָמען כּמעט פֿון יעדען קאַנדידאַט, און די װואָס מען האָט אַרײַנגענומ'ען, זײַנען בײַ מיר געװוען די גליקליכסטע מענשען אין װוילנא.
איך געדענק, װוי זיי האָבען געגעסען זייער ערשטען „קאַזיאָנעם" מאָלצייט אין אינסטיטוט. דער שנײַדער האָט נאָך ניט געהאָט געבראַכט זייערע קאָסטיומען, האָבען זיי געטראָגען זייערע 258אײַגענע, היימישע קליידער. און דאָס אַלץ האָט געהאַט אַ זעלטענעם חן אין מײַנע אױיגען.
זיי זײַנען מייסטענס געװוען ניט קײַן װוילנער *; און אױיך זייערע פּנים'ער איז געװוען אױיסגעגאָסען, אַז זיי זײַנען „ניט-היגע". אָבער דאָס האָט נאָך פֿאַרגרעסערט דעם רעספּעקט, װואָס איך האָב צו זיי געהאַט. אַזױי װוי די װוייטערע שטעדט װואָלטען געשאַפֿען װויכטיגערע מענשען.
דאָס איז געװוען אין אױיגוסט 1876. איך בין שױין דאַן אײַגענטליך געװוען גרייט צו דעם אײַנטריט-עקזאַמען; עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַן אָפּהאַלט מיט די מעטריקעס, און איך האָב פֿאַרלאָרען אַ יאָהר.
צװוישען מײַנע חברים און באַקאַנטע האָט װועגען דעם אינסטיטוט עקזיסטירט אַ באַגריף, אַז װויפֿיל מען זאָל זיך ניט גרייטען, װועט אַלץ זײַן װועניג. מען פֿלעגט דערצעהלען װועגען דער שטרענגקייט פֿון די לעהרער, װועגען זייערע ענדלאָזע פֿאַדערונגען. הױיפּטזעכליך האָבען אַזעלכע מעשׂיות זיך ארומגעטראָגען אין באַצוג צו רוסיש. טײַלװוייז זײַנען זיי געװוען אמת.
אידען קענען ניט ריידען קײַן רוסיש; זיי האָבען אַ שלעכטע רוסישע אױיסשפּראַכע, און דער אינסטיטוט פֿאַרטיגט צו רוסישע לעהרער פֿאַר אידען. אַלזאָ, מוז מען זעהן, אַז די דאָזיגע אידישע לעהרער זאָלען ריידען רוסיש מיט אַ גוטער רוסישער „פּראָאיזנאָשעניע" (אױיסשפּראַך). דיזען װוארט האָבען מיר אימער געהאַלטען אין מױיל. אידישע אינגלעך זײַנען בײַ אונז געװוען צוטיילט אױיף צװוױי קלאַסען : אױיף די, װואָס האָבען אַ גוטע „פּראָאיזנאָשעניע" און אױיף די, װואָס האָבען אַ שלעכטע „פּראָאיזנאָשעניע".
אַלע האָבען געזאָגט, אַז איך געהער צו דעם ערשטען קלאַס. אָבער דאָך דאַרף מען די „פּראָאיזנאָשעניע" װוייטער שלייפֿען. װוי קען מען דאָס ריזיקירען ? ס'איז דאָך עפּעס אַן עקזאַמען אָנצוקומ'ען אין אינסטיטוט!
259רוסיש איז אַלזאָ געװוען די הױיפּט-זאַך. אָבער אין באַצוג צו די אַנדערע געגענשטאַנדען איז מען בײַ דעם אײַנטריט-עקזאַמען אױיך געװוען שטרענג. קורץ, איך האָב גענומ'ען אַ לעהרער, און, נאַטירליך, ניט קײַן אַנדערן װוי אַן אינסטיטוטשיק, אײַנעם, װואָס האָט אַלײַן געהאַט די זכיה אַרײַנצוקומ'ען אין דעם „קדשי קדשים" און װואָס זײַנע לעהרער װועלען מיך עקזאַמינירען.
דעם לעהרער האָב איך גענומ'ען ניט אַלײַן, נאָר צוזאַמ'ען מיט נאָך צװוױי קאַנדידאַטען. אײַנער פֿון זיי, לעװוינסקי, איז געװוען זעהר אַ פֿעהיגער אינגעל, אַ מילדער, אַ סימפּאַטישער. מיר זײַנען געװואָרען נאָהענטע חברים. מײַן אינטימער שותּף האָט געהייסען לעמעלמאַן; בײַ זײַנע עלטערן אין הױיז, אין מאַיערקע'ס הױיף, אױיף גיטקע טויבע'ס זאַװואוליק, האָט דער לעהרער אונז געגעבען די „אוראָקען".
לעמעלמאַן'ס פֿאָטער איז געװוען אַ זאָנדערבאַרער אידעל. זײַן פּרנסה איז באַשטאַנען אין פּראָסבע-שרײַבערײַי, און ער האָט געהאַט צו טאָן מיט רעגירונגס-קאַנצעלאַריעס. ער איז געװוען אַ כאַראַקטערלאָזער, פֿאַרטומעלטער, גוט-הערציגער מענש, אָבער זעהר אַ היציגער. אַז ער פֿלעגט אַרײַנקומ'ען אין כּעס, פֿלעגט ער זיך אָנצינדען װוי אַ שװועבעלע, און מאַכען װוילדע סצענעס אין שטוב. זײַן פֿרױי אָבער — אַ שטילע, אַ קלוגע — האָט געװואוסט, װוי איהם אײַנצושטילען. דער זוהן, אַ בן יחיד, איז בײַ זיי געװוען „די אױיג אין קאָפּ". זיי האָבען איהם גוט געקאָרמעט און גוט געקליידעט.
איך געדענק איהם מיט זײַן ציכטיגען אױיסזעהן און הױיפּטזעכליך מיט זײַן זאָנדערבאַרער פּאָכאָדקע. ער פֿלעגט ניט געהן, נאָר שפּרײַזען, אַזױי װוי מיט יעדען טריט װואָלט איהם אױיסגעקומ'ען אַריבערצושפּרינגען אַ לוזשע.
אונזער לעהרער — אַ הױיכער יונגערמאַן, ניט קײַן מיאוס'ער — האָט געהייסען שימעל. ער איז יענעם זומער אַריבערגעגאַנגען אין דעם לעצטען קלאַס. דאָס איז געװוען אין די װואַקאַציע מאָנאַטען, און ער איז געװוען פֿרײַ צו געבען אוראָקען.
אײַגענטליך האָבען מיר אַלע דרײַ געהאַט אַ בעסערע „פּראָאיזנאָשעניע" װוי ער. בײַ איהם האָט דער אידישער אַקצענט געקלונגען דייטליכער װוי בײַ אונז. און דאָך פֿלעג איך זיך סטאַרען 260נאָכצומאַכען װוי ער רעדט אױיס רוסישע װוערטער — ניט די אױיסשפּראַך, נאָר דעם ניגון.
די לעמעלמאַן'ס האָבען געהאַט אַ קאַמער צו פֿאַרדינגען, און דאָרטען האָט געװואוינט אַ שנײַדער, בײַ װועמען עס האָט געאַרבייט זײַן טאָכטער — אַ הױיכע, גרױיס-בײַנערדיגע מיידעל, מיט זעהר בלאָנדע האָר, מיט גרױיסע װוייסע אױיגען און מיט בלוטלאָזע װוייסע באַקען. אָפֿט פֿלעגט זי שטעהן אױיפ'ן שװועל פֿונ'ם קאַמער און זיך צוהערען װוי שימעל גיט אונז דעם אוראָק.
מאַכען די מעטריקעס איז געװוען ניט קײַן לײַכטע זאַך. מען האָט געמוזט אָנקומ'ען צו פֿאַרשידענע טשינאָװוניקעס. אַזױי װוי אין דער צײַט פֿון מײַן געבורט האָט מען מיר אין די רעגירונגס-ביכער ניט פֿאַרשריבען, האָט מען איצט באַדאַרפֿט האָבען צװוױי עדות, װואָס זאָלען שװוערען, אַז איך געטראָפֿען דעם טאָג. צו שפּילען אַזױ אַ ראָלע, האָבען זיך גענומ'ען צװוױי פֿעטערס מײַנע: דער פֿעטער מיכל און דער פֿעטער אהרן'טשיק (דער מאַן פֿון מײַן מומע טשערנע — מײַן פֿאָטער'ס אַ שװועסטער). זיי האָבען באַדאַרפֿט שװוערען פֿאַר אַ „פּריסטאַװו" (פּאָליציי קאַפּיטאַן), אָדער פֿאַר זײַנעם אַ געהילף, אַז זיי געדענקען פֿינקטליך דעם דאַטום, װוען איך בין געבאָרען געװוארען; און די שבֿועה-צערעמאָניע האָט זיי מיט באַדאַרפֿט דורכמאַכען דער װוילנער קאַזיאָנער רבֿ, אין דעם פּריסטאַװו'ס אַנװועזענהייט. דאָס אַלץ איז געװוען פֿאַרבונדען מיט גרױיסע אומבאַקװועמליכקייטען. אָבער פֿאַר אַ פּאָר רובעל האָט מען זיי געקענט אױיסמיידען.
קליאַטשקאָ, אונזער דאַמאָלסדיגער קאַזיאָנער רבֿינער, האָט צוגעפֿערטיגט דעם פּאַפּיר און מיט דעם בין איך אַװועק צו אַן אונטער-פּריסטאַװו מיט'ן נאָמען פּיעװוצאָװו, און ער האָט אונטערגעשריבען, אַז מײַנע צװוױי אָנקעלס האָבען געשװואָרען אין זײַן 261געגענװוארם. כאַטש ער האָט זיי קײַנמאָל אין זײַנע אױיגען ניט אָנגעזעהן.
מיט'ן פֿוס האָט ער אַרױיסגערוקט דעם טיש-קעסטעל פֿון זײַן שרײַב-טיש; איך האָב אַהין אַרײַנגעלייגט צװוױי רובעל, און דער טיש-קעסטעל האָט זיך פֿארמאַכט. דאָס איז געװוען די אָפֿיציעלע „שבֿועה", װואָס ער האָט בײַגעװואוינט.
מיט דיזער „שבֿועה" האָב איך באַדאַרפֿט דורכגעהן עטליכע אָפּטיילונגען פֿון דער װוילנער „דומאַ". איך האָב באַדאַרפֿט זיך זעהן מיט עטליכע טשינאָװוניקעס און יעדען האָט מען עפּעס באַדאַרפֿט געבען. אײַנעם מעהר, אַן אַנדערען װועניגער. אײַנער אַ „רעגיסטראַטאָר", מיט אַ פּנים װוי אַן אוגערקע, װואָס איז באַדעקט מיט „פּאָקען", האָט נאָר אױיפֿגעשריבען אַ נומער אױיף מײַנע מעטריקעס; און איהם האָב איך אָפּגעפֿעטער'ט מיט פֿופֿצעהן קאָפּיקעס.
אין אַ מזל'דינגער שעה זײַנען די מעטריקעס פֿאַרטיג געװוארען.
דער מזל איז אָבער געװוען פֿאַרבונדען מיט שלים-מזל. איך האָב דעם פּאַפּיר באַקומ'ען זומער, 1877; שבֿעה עשׂר בתמוז פֿון יענעם זומער בין איך געװוארען 17 יאָהר אַלט, און די עקזאַמענס זײַנען געװוען מיט אַ פּאָר מאָנאַטען שפּעטער; און לױיט די געזעצען פֿון דעם אינסטיטוט האָט מען בײַם אָנקומ'ען גע'דארפֿ'ט זײַן ניט מעהר װוי זיבעצעהן יאָהר אַלט.
איך האָב געהאָפֿט, אַז מען װועט אױיף די פּאָר מאָנאַטען זיך ניט אָפּשטעלען און מען װועט מיר צולאָזען. איך האָב אָבער שטאַרק געצװוייפֿעלט, און בין געװוען שטאַרק צוטראַגען.
דער שיקזאַל האָט אָבער אָנגעגרייט אַ רפֿואה פֿאַר דער מכּה — אַ רפֿואה אין דער געשטאַלט פֿון אַ שנײַדער מיט אַ רויטער באַרד.
הירשקע ביעליקאָוו האָט זיך אױיך צוגעפֿערטיגט צום עקזאַמען אָנצוקומ'ען אין אינסטיטוט, און מיט זײַנע יאָהרען איז אױיך געװוען אַ שװועריגקייט; אָבער פֿון אַ פֿאַרקערטען סאָרט װוי מײַנע. ער איז געװוען צו יונג, מיט עטליכע מאָנאַטען װועניגער װוי זעכצעהן יאָהר.
אין אַזאַ פֿאַל האָבען אידען געהאַט אַ כּלל : מען דאַרף גע262פֿינען דעם פּריץ'ס שנײַדער. אַ שנײַדער איז נאַטירליך אַ איד, און װועט ער אפֿשר פּועל'ן אַ טובֿה בײַם פּריץ. ביעליקאָוו'ס פֿעטער איז אַלזאָ געװואהר געװוארען, װוער עס נעהט פֿאַר'ן דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט. אָט דאָס איז געװוען דער שנײַדער מיט דער רויטער באַרד.
דער רויטער איד איז מיט דעם קלייניען ביעליקאָוו אַריבערגעגאַנגען צום דירעקטאָר, איהם פֿאָרגעשטעלט אַלס זײַנעם אַ פֿלימעניק, און געבעטען מען זאָל איהם צולאָזען צום עקזאַמען. מען האָט איהם צוגעלאָזען, און ער איז אָנגעקומ'ען.
לעמעלמאַן און גאָלדמאַן דעם קירושנער'ס זײַנען אױיך אָנגעקומ'ען.
װוען הירשקע'ס מוטער האָט געזעהן מײַן פֿאַרצוױיפֿלונג, האָט זי מיר דערצעהלט, װוי אַזױי מען האָט איהר זוהן צוגעלאָזען צום עקזאַמען. קורץ — איך בין אַװועק צו דעם זעלבען שנײַדער און — פֿאַר דרײַ רובעל, דאַכט זיך, בין איך אױיך געװוארען זײַן פֿלימעניק.
ער האָט מיר געהייסען װוארטען ביז אַ געװויסען טאָג, און װוען ער װועט אָפּטראָגען אַ בגד פֿאַר דעם דירעקטאָר'ס פֿרױי. דאַן האָט ער מיר מיטגענומ'ען. עס האָט זיך געעפֿענט די טיר און מיר זײַנען אַרײַנגעקומ'ען. עס האָט זיך באַװויזען דער דירעקטאָר — אַ דאַרער מאַן, פֿון מיטעלען װואוקס, מיט „באַקענבאַרדען", אָהן װואָנצעס. דער שנײַדער האָט אױיף זײַן צרה-דינגען רוסיש געזאָגט, אַז איך בין זײַן װוײַב'ס אַ שװועסטער'ס אַ זוהן (ביעליקאָוו'ן האָט ער געמאַכט פֿאַר אַ פֿלימעניק פֿון אַן אַנדער צד).
עס קלינגט מיר אין די אױיערען, װוי ער זאָגט דאָס װוארט „סיאָסטרא" (שװועסטער). ער האָט עס געזאָגט אױיפ'ן פּױילישען שטייגער. ער האָט אָבער געמיינט, אַז עס איז רוסיש. דער דירעקטאָר האָט ניט געשטעלט קײַן פֿראַגען און ער האָט באַװויליגט זײַן בקשה.
אַזױי װוי די עקזאַמענס האָבען זיך שױין געענדיגט און אין אינסטיטוט האָבען זיך שױין אָנגעהױיבען די אוראָקען, האָט מען מיר פֿאַרהערט אין די קלאַס-צימערען, אין דער צײַט פֿון לערנען.
263איך האָב געדאַרפֿט געהן פֿון קלאַס צו קלאַס. אין אײַן צימער איז דאַן געװוען גראַד באַשעפֿטיגט דער לעהרער פֿון רוסיש, האָב איך דאָרטען בײַ איהם געהאַלטען עקזאַמען. פֿון דאָרטען בין איך געגאַנגען אין דעם צימער װואו עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער לעהרער פֿון אַריטמעטיק, דערנאָך אין דעם צימער װואו עס האָט זיך געפֿונען דער לעהרער פֿון געאָגראַפֿיע, רוסישע היסטאָריע, און אַזױי װוייטער.
בשעת מען האָט מיר פֿאַרהערט, זײַנען די שילער געזעסען מיט אױיסגעשטעלטע אױיגען. דאָס האָט מיר אָבער ניט געשטערט. איך האָב אױיף אַלע פֿראַגען געענטפֿערט מונטער, און ריכטיג. איבעריגענס װואָלט מען מיך מסתּמא אַרײַנגענומ'ען, װוען מײַנע ענטפֿערס װואָלטען אפֿילו ניט געװוען צופֿרידענשטעלענדער. „פּראָטעקציע" איז „פּראָטעקציע".
מײַן באַגער, מײַן אידעאַל איז אַלזאָ ענדליך פֿאַרװוירקליכט געװוארען. איך בין געװוארען אַ שילער פֿון'ם װוילנער אידישען לעהרער-אינסטיטוט, אױיף קאַזיאַנע קעסט און קליידער.