בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

זיבעטער קאַפּיטל

אין דעם װילנער לעהרער-אינסטיטוט

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 264–385), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 264 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
1
געאָרגיעװוסקי סקװוער. — אין דעם מיטעלסטען פֿון דרײַ מויערען.

264די צאַרישע רעגירונג האָט געװואָלט באַפֿעסטיגען דעם אַנדענקען פֿון מוראַװויאָװו, דעם גענעראַל-גובערנאַטאָר פֿון װוילנא. האָט זי איהם אױיפֿגעשטעלט אַ „פֿאַמיאַטניק" (דענקמאָל). דאָס איז געװוען נאָכדעם װוי ער מיט תּליות דערשטיקט דעם פּױילישען אױיפֿשטאַנד פֿון 1863. זײַנע תּליות זײַנען געשטאַנען אין דער פֿאָרשטאַדט לוקישקעס, און דעם דענקמאָל האָט מען אױיפֿגעבױיט אױיפ'ן װועג פֿון דאָרטען צו דעם גרױיסען קאַטהעדראַל-פּלאַץ.

דער מאָנומענט איז געװוען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ גאָלד-באַצירטער קלױיסטערעל, אָהן אַ פֿיגור *.

אַרום איהם האָט מען אױיסגעלייגט לאַנקעס מיט בלומ'ענבייטען און מען האָט פֿאַרפֿלאַנצט צײַלען בױימער. עס איז אַרױיסגעקומ'ען אַ קלײַנער פֿאַרק אָדער סקװוער מיט אַ בלישטשענדע געבײַידעלע אין מיטען.

װוען די לאַנקעס זײַנען געװוען באַדעקט מיט גראָז און די בױימער מיט בלעטער; און װוען די בלומ'ען האָבען געבליהט, און די זון האָט זיך געשפּיגעלט אין די גילדערנע באַפּוצונגען, איז דער סקװוער געװוען זעהר שעהן. אין פֿריהלינג און אין זומער פֿלעגט מען אַהין קומ'ען אַטעמ'ען די אַנגענעהמע לופֿט, הגם קײַן 265גרױיסען עולם האָט מען דאָרטען קײַנמאָל ניט געזעהן, און אידען כּמעט גאָרניט. פֿון די געדיכט-באַװואוינטע גאַסען איז דער פּלאַץ געװוען צו װוייט, און געדיכט באַװואוינט זײַנען געװוען נאָר אידישע גאַסען.

* שפּעטער, װוען איך בין שױין ניט געװוען אין װוילנא, האָט מען איהם געשטעלט אַ גרעסערען דענקמאָל, אין אַן אַנדער פּלאַץ.

מען פֿלעגט אַרום דעם דענקמאָל שפּאַצירען. אָבער זײַן בלוטיגען פּשט האָט זעלטען װוער געװואוסט.

געװוהנליכע אידען פֿלעגען דעם סקװוער רופֿען מיט אַן אַלטען נאָמען זייערען: „ברוך שרײַבער'ם פּלאַץ". בײַ אינטעליגענטע אידען אָדער קריסטען פֿלעגט ער הייסען „בײַם פֿאַמיאַטניק". מיט דעם אָפֿיציעלען נאָמען — געאָרגיעװוסקי סקװוער — איז דער עולם געװוען װועניג באַקאַנט.

אַפֿשר אײַנער פֿון טױיזענד האָט געהאַט אַ באַגריף, אַז די פֿינקעלדינגע קירכעל איז אַ מצבה נאָך מוראַװויאָװו'ן. און דער יונגער דור האָט זאָגאַר ניט געװואוסט, אַז עס איז אַמאָל געװוען אַ מוראַװויאָװו אױיף דער װועלט.

מוראַװויאָװו'ם אָנדענקען האָט דער פֿאַמיאַטניק ניט באַפֿעסטיגט.

פֿאַרבײַ דעם סקװוער געהן צװוױי גאַסען, װועלכע קרײַיצען זיך דאָ איבער. אײַנע פֿון זיי איז דאָס דער װועג, װואָס געהט פֿון לוקישקעס צום קאַטהעדראַל פּלאַץ. די צװוייטע פֿיהרט צו דער װויליא מיט איהר גרינעם ברעג. קײַן װואוינונגען זײַנען אױיף זיי, געגענאיבער דעם סקװוער, דאַן ניט געװוען. אױיף דער, װואָס פֿיהרט צום טײַך, איז געשטאַנען אַ גרױיסע, נידעריגע געבײַידע מיט װועניג פֿענסטער.

בײַ די אַנדערע צװוױי זײַטען פֿון דעם סקװוער זײַנען קײַן גאַסען ניט דורכגענאַנגען. דאָרטען האָבען זיך געפֿונען צו עטליכע מױיערען מיט טראָטואַרען, און שמאָלע אױיסגעברוקירטע גאַסען פֿאַר דראָזשקעס אָדער װועגען. אָבער קײַן סך דראָזשקעס 266אָדער װועגען האָט מען דאָ ניט געזעהן. דאָס רוב איז געװוען שטיל.

די צװוױי טראָטואַרען זײַנען זיך צוזאַמ'ענגעקומ'ען, װוי אַ „דאָלעד", אין אַ װוינקעל אָהן אַ דורכגאַנג, און אין דיזען װוינקעל זײַנען געשטאַנען, אױיך װוי אַ „דאָלעד", צװוױי „טױיבע" װוענט, אָהן פֿענסטער און אָהן טויערען. פֿון אױיבען זײַנען איבער זיי אַריבערגעהאַנגען אַ פֿאַר צװוייגינען פֿון בױימער. דאָס איז געװוען דער אײַנציגער פֿאַרמאַכטער װוינקעל פֿון דעם סקװוער. די אַנדערע דרײַ װוינקלען זײַנען געװוען אָפֿענע, און זיי זײַנען אַרױיסגעקומ'ען אױיף די דערמאַנטע גאַסען.

דער געגנט איז פֿון די שעהנסטע אין װוילנא. די װויליא פֿליסט ניט װוייט פֿון דאָרטען. דער גרינער ברעג איז ניט מעהר װוי דרײַ אָדער פֿיער מינוט גאַנג פֿון דעם „צירק". און פֿון דעם סקװוער ביז דעם קאַטהעדראַל-פּלאַץ גאַהט דער געאָרגיעװוסקער פּראָספּעקט, װועלכער איז אין מײַן צײַט באַשטאַנען פֿון צװוױי שעהנע אַלעען אָהן אַלעמען װואוינונגען.

אױיף אײַנער פֿון די צװוױי שטילע זײַטען פֿון דעם סקװוער זײַנען געשטאַנען דרײַ מױיערען. אין דעם מיטעלסטען האָט זיך געפֿונען דער אידישער לעהרער-אינסטיטוט. דאָרטען האָב איך פֿאַרבראַכט פֿיער יאָהר.

די אַנדערע צװוױי געבײַידעס זײַנען אױיך געװוען בילדונגס-אַנשטאַלטען. אײַנע אַ גלחים-סעמינאַר; די אַנדערע — די װוילנער רעאַל-שוהל. צום סעמינאַר האָבען געהערט די צװוױי „טױיבע" װוענט פֿון דעם פֿאַרמאַכטען װוינקעל. דער אַרײַנגאַנג איז געװוען אױיף אַנאַנדער גאַס. די סעמינאַריסטען און זייערע לעהרער האָט מען דאָ ניט געזען. און הגם איך האָב אין דעם נעקסטען הױיף אָפּגעלעבט פֿיער יאָהר, האָב איך קײַנמאָל זאָגאַר ניט געװואוסט װואו עס קומט אַרױיס דער טויער צום סעמינאַר און װואָס פֿאַר אַ װועלט דאָרטען איז.

געװוהנליך פֿלעג איך זיך מיט אַלץ אינטערעסירען, אַלץ באַקוקען און באַטראַכטען. דיזע געהיימניספֿולע געבײַידע אָבער האָט קײַן מאָל ניט גערייצט מײַן נײַגעריגקייט. איך האָב אפֿילו 267ניט געװואוסט, װוי מען קומט אין איהר אַרײַן. ניט געװואוסט און ניט געװוען נײַגעריג צו װויסען. איך בין זאָגאַר ניט געװוען זיכער, אַז דאָס איז װוירקליך אַ סעמינאַר. אַלץ װואָס איך האָב געװואוסט באַשטימט, איז, אַז דער אַנשטאַלט האָט צו טאָן מיט יונגע גלחים, פֿאַרטיגע אָדער צוקונפֿטיגע.

גאַנץ אַנדערש איז געװוען די רעאַל-שוהל. זי האָט איהר אַרײַנגאַנג געהאַט בײַם סקװוער, אַזױ װוי אונזער אינסטיטוט. פֿון נײַן ביז דרײַ פֿלעגט דאָרטען שװוארבלען און גריבלען מיט „רעאַליסטען"-געקליידעטע אינגלעך, און אַ געװוױסע צאָל פֿון זיי זײַנען געװוען אידישע קינדער. זי איז פֿאַר אונז געװוען אַן אָפֿענע װועלט און נאַהענטער צום הארצען אױיך. זי האָט מיר אינטערעסירט, און װואָס אין איהר טוט זיך, האָב איך געװואוסט מיט פֿילע אײַנצעלהייטען.

װוען איהר זייט אַרײַן אינװועניג אין דעם מיטעלסטען טויער, האָט איהר פֿאַר זיך געהאַט אַ גרױיסען אױיסגעברוקירטען הױיף; און דאָס ערשטע װואָס האָט זיך אײַך געװוארפֿען אין די אױיגען איז געװוען אַ הױיכער-הױיכער שטאַנג, אױיבען מיט צװוױי אײַזענדלעך, פֿון װועלכע עס זײַנען אַראָפּגעהאַנגען פֿיר לאַנגע שטריק. דאָס איז געװוען אַ װוינגעלע אַזאָ — אַ טייל פֿון די אײַנריכטונגען פֿאַר גימנאַסטיק. די אײַזענדלעך האָבען זיך געקענט פֿריי באַװועגען, און מיט זיי צוזאַמ'ען — די שטריק. פֿיר שילער פֿלעגען זיך אַװועקזעצען, און אָנהאַלטענדיג זיך יעדער פֿאַר זײַן שטריק, פֿלעגען זיי זיך פֿאַראַנאַנדערלױיפֿען און, מיט אַ שפּרונג, זיך לאָזען פֿליהען אין דער לופֿטען, אַרום און אַרום דעם שטאַנג. װוען אַ אימפּעט איז אָפּגעשװואוכט געװוארען און די שטריק האָבען זיך אַראָפּגעלאָזען, פֿלעגען זיי זיך װוידער פֿאַנאַנדערלױיפֿען און זיך װוידער אַװועקטראָגען אין דער לופֿטען. „גימנאַסטישע טריט" האָט דאָס געהייסען.

דער הױיף איז געװוען אַדעליג-ציכטיג, און די לופֿט איז דאָ געװוען אַ סך בעסער װוי אין מיטען שטאָדט. עס האָט זיך געאַטעמט מיט'ן אָטעם פֿון דעם פֿאַרפֿלאַנצטען סקװוער. פֿריהלינג האָט דאָ געשמעקט מיט סאָד און פֿעלד און מיט דער נאָהענטקייט פֿון טײַך. װוען איהר זייט אַרײַנגעקומ'ען פֿון דעם סקװוער, האָט איהר 268אױיפ'ן הױיף געזעהן עטליכע געבײַידעם: אײַנע אַ גרױיסע און פֿינף קלײַנע. די גרױיסע געבײַידע האָט זיך געפֿונען בײַ דער רעכטער האַנט פֿון די „גימנאַסטישע טריט". דאָרטען האָבען די שילער געלערענט, געגעסען, געשלאָפֿען, געלעבט.

דער ערשטער צימער אין דער דאַזיגער געבײַידע אױיף איהר אונטערשטען עטאַזש (גראָונד פֿלאָאָר), גלײַך בײַם אַרײַנקומ'ען פֿון הױיף, איז געװוען דער גימנאַסטיק-זאַל. אַהער האָט מען דאָ געזעהן שטאַנגען, שטריק, לייטערס, װוינגעלעך, אַ לעדער-באַצױיגענעם הילצערנעם פֿערד, און נאָך אַזעלכע „סנאַריאַדן". גימנאַסטיק איז געװוען באַטראַכט אַלס אַ װויכטיגער טייל פֿון דעם אינסטיטוט'ס ערציהונג. די צוקונפֿטיגע אידישע לעהרער האָט מען געװואָלט „אױיסמענשלען" קערפּערליך אַזױ גוט װוי גײַסטיג, מאַכען זיי געזינטער און פֿלינקער. אַזױי װוי געשטאַנען האָט די אָפֿיציעלע ערקלעהרונגען פֿון דעם בילדונגס-מיניסטעריום, בשעת דער אינסטיטוט איז געגרינדעט געװוארען.

אױיף דעם זעלבען עטאַזש, נאָר צום סקװוער צו, איז געװוען דער עס-זאַל. געװוהנליך פֿלעגט דער אוראָק פֿון גימנאַסטיק פֿאָרקומ'ען פֿאַר'ן עסען. ער פֿלעגט זיך שליסען מיט אַ פֿאַראָרדענעם מאַרש אַרום און אַרום דעם גימנאַסטיק-זאַל. און פֿון דאָרטען — צו מיטאָג. מען פֿלעגט אַרײַנמאַרשירען, זיך אױיסשטעלען אַרום די טישען, יעדער אױיף זײַן פּלאַץ, זינגען אױיף רוסיש די „המוציא" אין כּאָר, און זיך נאָהמען צו דער אכילה.

ברייטער טרעפּ האָבען פֿון די גימנאַסטיק אײַנריכטונגען געפֿיהרט צו דעם נעקסטען עטאַזש, װואו מען האָט געלערענט. אַ שעהנער קאָרידאָר מיט פֿיר װוייסע טירען פֿון פֿיר קלאַס-צימערען. די פּאָדלאָגע איז געװוען אױיך דונקעל-רויט, אימער פֿריש געװוואקסט, אימער גלאַנציג. בײַ יעדער פֿון די װוייסע טירען איז געשטאַנען אַ עטאַזשערקע אין דער פֿאָרמע פֿון אַ גרױיסען שטענדער, אונטען העל-ברױין און אױיבען שװוארץ-אָפּגעפּאָלירט, מיט אַ גלאַנץ װוי אַ שפּיגעל. פֿון אײַן זייט האָט דער קאָרידאָר געהאַט פֿענסטער צום הױיף. אױיף זײַן אַנדערער זייט, בײַם װואַנט, זײַנען געשטאַנען גלעזערנע אַלמערס. און װוען איך בין אַנגעקומ'ען, זײַנען דאָרטען געלעגען ביכער און אינסטרומענטען, 269װועלכע מען ברױיכט בײַם לערנען פֿיזיק און כעמיע. שפּעטער אַ ביסעל האָט מען געבראַכט נײַע, גרעסערע שאַפֿעס. די ביכער האָט מען אַריבערגעטראָגען אין אַן אַנדער פּלאַץ, און אין די שאַפֿעם האָט מען אַרײַנגעשטעלט אינסטרומענטען און פֿיגורען, װועלכע מען האָט אױיסגעשריבען פֿון פּעטערסבורג, אַ מאַסע „אַבראַזשעטשיקעס" (ספּעסימענס) פֿון מינעראַלען, מאָדעלען פֿון אַנאַטאָמיע, אײַניגע גיפֿסענע קעפּ, ביוסטען, קאַרטען, א. ז. װו. די קורצע װואַנט, בײַ דעם עק קאָרידאָר, איז געװוען פֿאַרהאַנגען מיט אַ גרױיסע געאָגראַפֿישע קאַרטע.

און װוען איך האָב דעם קאָרידאָר געזעהן צום ערשטען מאָל, האָט זײַן גלאַנץ, זײַן אָפֿיציעלער שטאָלץ און זײַן װויסענשאַפֿטליכער פֿון מיר פּשוט איבערגעשראָקען.

דאַ פֿלעגען די שילער אַרומגעהן הין און צוריק, לערנענדיג די אוראָקען, שמועסענדיג, טראַקטענדיג, בײַנקענדיג.

אין אָװוענד, װוען מען פֿלעגט צופֿערטיגען דעם מאָרגענדיגען אוראָק, אָדער אין דער פֿריה, צװוישען אײַן אוראָק און דעם נעקסטען, פֿלעגט דאָ רוישען װוי אין אַ בינשטאָק.

דאַ און אין די קלאַס-צימערען פֿלעגען די שילער מייסטענס געהן אין זייערע װואַכעדיגע קאַסטיומ'ען, בילליגע גרױיע קאַרטענע רעקלעך, מיט הױיזען פֿון דעם זעלבען שטאָף. דער רעקעל האָט זיך אױיבען בײַם האַלז פֿאַרהעקעלט, און די הױיזען האָבען זיך ניט פֿאַרשפּיליעט װוי געװוהנליך, נאָר פֿון די זײַטען, צו אײַן קנעפּעל אױיף אַ זייט. אױיך צו לערנען, אין הױיפּטזעכליך צו מאַכען גימנאַסטיק, זײַנען דיזע קאַסטיומ'ען געװוען באַקװועם.

די לעהרער זײַנען אין אינסטיטוט אימער געגאַנגען אין זייערע אָפֿיציעלע פֿראַקען און װועסטען פֿון בלױי געװואנט מיט מעשענע קנעפּ, באַדעקט מיט אָדלערס. דאָס איז געװוען די „פֿאָרמע" פֿון לעהרער און אַנדערע באַאמטע, װואָס האָבען געדינט אין דעם בילדונגס-דעפּאַרטמענט איבער גאַנץ רוסלאַנד.

בײַ דעם אַרײַנגאַנג אין קאָרידאָר, אױיף אַ פּאָר טרעפּלאַך, איז געװוען די „אױטשיטעלסקאַיא" — אַ צימער פֿאַר די לעהרער. דאָרטען פֿלעגען זיי פֿאַרברענגען די צײַט צװוישען די אוראָקען, און דאָרטען פֿלעגט דער לעהרער-ראָאַט אָפּהאַלטען זײַנע זיצונגען.

270װוען מען פֿלעגט קלינגען צו אַן אוראָק, פֿלעגען די לעהרער זיך באַװוייזען אױיפ'ן קאָרידאָר מיט גרױיסע דאַרע „זשורנאַלען" אונטער די אָרעמ'ס. דער אונטערשיד צװוישען זייער בלישטשענדע רעק און װוייסע מאַנישקעם, פֿון אײַן זייט, און די גרױיע קאַרטענע רעקלעך פֿון די שילער, פֿון דער אַנדערער זייט, איז געװוען שאַרף און אײַנדרוקספֿול.

און װוען עס פֿלעגט זיך דערהערען דער גלעקעל, פֿלעגען די שילער זיך צולױיפֿען, יעדער אין זײַן קלאַס-צימער.

דאָרטען זײַנען געשטאַנען רייהען „סקאַמייקעס" (סקוהל-דעסקס) און אַ טישעל פֿאַר'ן לעהרער. די סקאַמייקעס זײַנען געװוען קורצע, צו צװוױי שילער אױיף אַ באַנק, און זיי זײַנען געװוען פֿון דעם זעלבען סאָרט װוי אין די גימנאַזיעס און רעאַל-שוהלען: פֿאַרבירטע, אױיבען שװוארץ און בײַ די זײַטען ברױין, װוי די הױיכע עטאַזשערקעס אױיפ'ן קאָרידאָר. די אױיבערשטע ברעטעל האָט זיך געעפֿענט, דעם שילער זאָל זײַן גרינג זיך צו זעצען אָדער זיך צו שטעלען.

און װוען דער לעהרער פֿלעגט אַרײַנקומ'ען אין קלאַס, פֿלעגען די שילער אַן עפֿען טאָן די סקאַמייקעס און זיך געבען אַ שטעל, אַלע מיט אַמאָל, זיך צוריקזעצען און צומאַכען די סקאַמייקעס מיט אַ מיליטערישען טאַקט.

אױיף די װוענט פֿון די קלאַס-צימערען זײַנען געהאַנגען גרױיסע קאַרטען — געאָגראַפֿישע, היסטאָריש-געאָגראַפֿישע, זאָאָלאָגישע, אַנאַטאָמישע — און אין פֿראָנט איז געשטאַנען אַ גרױיסע שװוארצע ברעט.

די פֿענסטער פֿון די ערשטע דרײַ קלאַסען זײַנען אַרױיסגעקומ'ען אױיפ'ן שעהנעם סקװוער, אַנטקעגענ'עם דעם גאָלד-באַפּוצטען דענקמאָל. אין מאַי פֿלעגען די שילער דאָ זעהן װוי דער פֿריהלינג קומט, װוי די לאַנקעס װוערען באַדעקט מיט פֿרישע גראָז און די בױימער מיט בלעטער און אַקאַציע-קװוייטען. די פֿענסטער פֿון דעם פֿערטען קלאַס זײַנען אַרױיסגעקומ'ען אױיפ'ן הױיף.

אױיף אַ שמאָלער פֿאָרטזעצונג פֿון דעם קאָרידאָר איז געװוען דער „אַקטאָװוער" זאַל, דער גרעסטער און שעהנסטער צימער אין דעם אינסטיטוט. דאָרטען פֿלעגען פֿאָרקומ'ען די עקזאַמענס און 271אַלע פֿאַראָרדנעטע צערעמאָניעס. און דאָרטען פֿלעגט מען אונז לערנען זינגען. די פּאָדלאָגע איז געװוען אַ פּאַרקעט. אױיפ'ן מיטען פֿון דער װויכטיגסטער װואַנט איז געהאַנגען אַ גרױיסער פֿאָרטרעט פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען. עס איז געשטאַנען אַ שעהנער לאַנגער טיש, מיט אַ גרינעם טישטוך, אַ גרױיסע שפּיגעל-שײַינענדע פּיאַנע, און עטליכע רייהען שטוהלען.

די שלאָף-צימערען און אַ צימער מיט קראַנען און מיט אַ לאַנגער קופֿערנער קאָריטע צום װואַשען זיך, זײַנען געװוען אױיף דעם נעקסטען עטאַזש.

עס איז געװוען נאָך אַ כעמישע און פֿיזישע לאַבאָראַטאָריע, אַ ביבליאָטעקס און אַ „געבעט-צימער", מיט אַן עמוד און אַן אָרון-קודש, װואו שבת פֿלעגט מען כּלומרשט דאַװוענען, מיט אײַנעם פֿון די שילער אין דער ראָלע פֿון אַ חזן.

אין אַ װוייטערער טייל פֿון דער געבײַידע האָט זיך געפֿונען די באַלניצע (האָספּיטאַל).

קײַן באַד איז אין אינסטיטוט ניט געװוען. עס איז געװוען אײַן װואַנע, אַ קופֿערנע, אָבער נאָר פֿאַר די קראַנקע, און זי האָט זיך געפֿונען לעבען דער באַלניצע. װואַנעס זײַנען דאַן אין װוילנא איבערהױיפּט געװוען אַ גרױיסע זעלטענהייט. אײַנמאָל אין צװוױי װואָכען פֿלעגט מען אונז פֿיהרען אין אַ באָד, װוי סאָלדאַטען.

װוען איך בין אַנגעקומ'ען אין אינסטיטוט, איז די נאַטשאַלנאַיע אױטשיליסטשע, װואו די שילער פֿון פֿערטען קלאַס האָבען פּראַקטיצירט אַלס לעהרער, געװוען אױיף אַ באַזונדערען הױיף, װועלכער איז מיט אַ שמאָלען דורכגאַנג באַהעפֿט מיט דעם גרױיסען הױיף. שפּעטער אָבער האָט מען איהר אַריבערגעטראָגען אין דער הױיפּט-געבײַידע. עס איז געװוען גענונג פּלאַץ.

דער סקװוער איז געװוען בײַ צװואַנציג מינוט גאַנג פֿון די אידישע גאַסען. זײַן כאַראַקטער אָבער און דער כאַראַקטער פֿון דעם אַרומיגען געגענד האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק, אַזױי װוי עס װואָלט געװוען גאַנץ װוייט פֿון דאָרטען. דעריבער, װוען אַ שילער פֿלעגט געהן ערגעץ װואו, פֿלעגט מען זאָגען, אַז ער געהט „אין שטאָדט".

272„אין שטאָדט" פֿלעגט מען לאָזען געהן אױיף פֿרײַטאָג-צו-נאַכט און שבת. דאַן פֿלעגען די אינסטיטוטשיקעס זיך אױיספּוצען אין קאַסטיומען פֿון שװוארצען געװואַנט. דער ראָק איז געװוען מיט אַ סטאָן און מיט צװוײי קנעפ פֿון הינטען, און די הויזען האָבען זיך פֿאַרשפּילעט אױפֿ'ן געװוענהליכען שטײיגער. װוינטער האָבען זײי געטראָגען אױיבעררעק פֿון אַ דיקען שװוארצען געװואַנט. די היטעל איז געװוען פֿון דעם זעלבען שטאָף װוי דער שבת-דיגער קאַסטיום — אַ ברײיטע, אַ שװוארצע, מיט אַ גלאַנציגען קאָזירעק. טשינאָװוניקעס פֿלעגען טראָגען אַזעלבע היטלען.

מען האָט די שילער געגעבען אונטער-װועש — אַ העמד און גאַטקעס פֿון עכטע, אָבער גראָבע לײַװואַנט. קײַן אױיבער-העמדער אָדער שטיפֿע קראַגענס האָט מען זײי ניט געגעבען. דאָס האָבען זײי אַלײַן געקויפֿט (אױיב זײי האָבען געהאַט מיט װואָס). געװוענהליך פֿלעגען זײי קויפֿען נאָר קראַגענס, און װועלכע זײי פֿלעגען צושפּיליען צו דער קאָזיאַנער ניט-געקראַכמאַלטער אונטער-העמד. דאָס רוב פֿלעגען זײי זײי אָנטאָן נאָר דאַן, װוען זײי זײַנען געװוען אױיסגעפּוצט אין די געװוענטאַגע קאַסטיומען. אַ גאַנצע װואָך, װוען זײי האָבען געטראָגען די קאַרטעענע בגדים, פֿלעגט מען פֿון דעם רעקעל אַרױיסשטעקען דער פֿאָרמלאָזער קאָליער פֿון דער אונטער-העמד. דער קאָזיאַנער האַלז-טוך איז געװוען פֿון שװוארצען אַטלאַס, און פֿון דעם זעלבען פֿאַסאָן װוי די האַלז-טיכלעך פֿון אָפֿיצירען אין דער אַרמעע: אַ באַנד אַרום האַלז און אַ פֿאַרטיכעל פֿון פֿאָרענט צו פֿאַרשטעלען די אױיבערישטע שטיקעל אונטער-העמד. צו אַן אױיבער-העמד מיט אַ מאַנישקע האָט ער ניט געטױגט. אָבער אַן אױיבער-העמד האָט זיך געקענט פֿאַרגינען נאָר אַ גאַנץ קלײַנע צאָל פֿון די אינסטיטוטשיקעס, און זײי פֿלעגען שױין קויפֿען „ציװוילנע" האַלזטיכער אױיך.

די קעסט איז געװוען ניט קײַן שלעכטע, בעסער װוי דאָס רוב פֿון די שילער האָבען געהאַט בײַ זײַערע עלטערען. פֿלײיש האָט מען געגעבען אַלע טאָג, און די פֿאָרציעס זײַנען ניט געװוען קײַן קלײַנע. מען פֿלעגט זעהר אָפֿט געבען רינדס-בראָטען. פֿאַר פֿילע פֿון די שילער איז דאָס געװוען אַן אַריסטאָקראַטישער מאַכל, הויפּטזעכליך פֿאַר די װואָס זײַנען געװוען פֿון די קלענערע שטעדטלעך. די אָרימע 273אידישע בעל-הביתטע פֿון יענע צײַטען האָט געקענט קאָכען אַ שטיקעל פֿלײיש, אָבער ניט בראָטען.

די שפּײַז איז פֿילײַכט ניט געװוען גענוג פֿאַרשידענאַרטיג, און מען פֿלעגט זיך באַקלאָגען, אַז זי איז שױין מיאוס געװוארען. אָבער אַז מען זאָל זיך באַקלאָגען אױיף דעם עסען גופֿא, גערענק איך ניט.

פֿריהשטיק איז באַשטאַנען פֿון אַ געפֿלאָכטענעם בולקע (אָהן פּוטער) מיט אַ גלאָז זיסע טהײ. װואָס מען האָט געגעבען אױיף װועטשערע גערענק איך ניט.

צװועלף אוהר, אין דער צײַט פֿון דער גרױיסער „פּערעמיענאַ" (ריסעם), האָט מען אונז געגעבען גרױיסע „מײיצעס" ברױיט מיט פּוטער, װועלכע מיר פֿלעגען באַשטעלען מיט זאַלץ. מיר פֿלעגען דאָס עסען מיט גרױיס אַפּעטיט, און קײַענדיג פֿלעגען מיר איבערזאָגען דעם נעקסטען אוראָק.

דער נאַכט-לעגער איז אױיך געװוען ניט קײַן שלעכטער: אײַזערנע בעטען מיט גוטע מאַטראַצען, און צידעקער מיט לײַלעכער פֿון דעם זעלבען װוײיסען שטאָף װוי די אונטער-װועש — עכטע לײַװואַנט, הגם גראָבלעכע. די קאָלדרעס זײַנען געװוען װואָלענע, און צו זײי זײַנען מיט גרױיסע שטעך געװוען צוגענײיהט װוײיסע לײַלעכער, װועלכע מען האָט יעדע װואָך געביטען צוזאַמען מיט די אונטערשטע לײַלעכער און מיט די צידעקלעך. אַלץ איז געװוען אַבסאָלוט רײַן. איך װוײיס ניט, צי װוער עס איז פֿון די שילער האָט אין דער הײם געהאַט אַזאַ ציכטיגען און געזונטען געלעגער.

װוען איך בין אָנגעקומ'ען, איז אין דעם ערשטען קלאַס געװוען אײַן און צװואַנציג שילער; אין דעם צװוייטען — פֿערצעהן; אין דעם דריטען נאָך װוייניגער, און אין דעם פֿערטען נאָך װוייניגער. אין דעם יאָהר װוען איך האָב גע'ענדיגט (1881) איז אין אַלע קלאַסען געװוען דרײַ און פֿופֿציג.

לעהרער זײַנען געװוען צװועלף. אין דעם זײַנען אַרײַנגערעכענט: די לעהרער אױיף גימנאַסטיק, אױיף האַנדשריפֿט, אױיף צײיכענען און אױיף זינגען. עס זײַנען געװוען צװוײי לעהרער אױיף העברעאישע 274געגענשטאַנדען, און זײי זײַנען נאַטירליך געװוען אידען („פֿאַרטײַטשט" און ערקלעהרט האָבען זײי אָבער אַלץ אױיף רוסיש). אױיך איז דער לעהרער פֿון זינגען געװוען אַ איד, אָבער ער האָט זיך כּמעט געהאַלטען פֿאַר אַ קריסט.

עס זײַנען געװוען צװוײי „נאַדזיראַטעלעם" (אױפֿזעהער, אַכטונג-געבער), װועלכע זײַנען טאָג און נאַכט געװוען מיט די שילער, צו צװועלף שטונדען יעדער, און בײַדע זײַנען זײי געװוען רוסען.

דער „עקאָנאָם" (פֿאַרװואַלטער איבער דער װוירטשאַפֿט) האָט געמוזט זײַן אַ איד, און װוייל די קיך איז געװוען אַ כּשר'ע און אין דער אָרדנונג פֿון דעם אינסטיטוטישען לעבען האָט מען שבתים און יום-טובים געמוזט נעהמען אין אַנבאַטראַכט.

די דינער, אַ חוץ דער קעכין, זײַנען געװוען קריסטען.

די שילער האָבען ניט געטאָרט רײידען קײַן אידיש צװוישען זיך — דורכאױיס רוסיש. װוען מען פֿלעגט כאַפּען אַ פֿאָר, ריידנדיג זײיער מוטער-שפּראַך, פֿלעגט מען זײי סטראַשען צו באַשטראַפֿען.

2
די ערשטע טעג.

די װואָס האָבען „אין שטאָדט" געהאַט װואו צו נעכטיגען, האָבען פֿרײַטאָג פֿאַרנאַכט געקענט אַװועקגעהן אױיפֿ'ן גאַנצען מעת-לעת. שבת-צו-נאַכט האָט מען געמוזט קומ'ען צוריק.

שפּעטער אַ ביסעל האָט מען אײַנגעפֿיהרט נאָך אַ שטרענגערע סיסטעם. יעדער שילער האָט געהאַט אַ „בילעט" — אַ ביכעלע אין װועלכען די נאַדזיראַטעלעם האָבען פֿאַרשריבען װוי ער האָט זיך געלערענט און אױיפֿגעפֿיהרט אין פֿאַרלױיף פֿון דער װואָך. אױיב ער האָט ניט געהאַט קײַן גוטע „אַטמיעטקעס" האָט מען פֿרײַטאָג פֿאַרהאַלטען זײַן בילעט, און ער האָט ניט געקענט אַרױיסגעהן. דאָס האָט געהײיסען, אַז ער איז אױיף פֿרײַטאָג-צו-נאַכט און שבת „אַרעסטירט".

װוען איך בין געװוען אין מײַן לעצטען יאָהר, האָט מען אָנגעהויבען אַרױיסצולאָזען די שילער אױיף אַ שעה יעדען טאָג אױיך. דער דירעקטאָר האָט זיך אַרומגעזעהן, אַז די פֿאַרמאַכטקײַט און 275אײַנטאָניגקײַט פֿון זײיער לעבען איז ניט גוט פֿאַר זײיער געזונט און געמיטה. די בילעט סיסטעם האָט ער אָבער ניט אָפּגעשאַפֿט.

די ערשטע דרײַ יאָהר פֿון מײַן לעבען אין אינסטיטוט האָט מען אַלזאָ אַ גאַנצע װואָך ניט אַרױיסגעלאָזען. די ערשטע טעג נאָך מײַן אָנקומ'ען האָט דאָס און די אײַזערנע דיסציפּלין איבערהויבט אױיף מיר געװוירקט זעהר שװוער.

איך בין געװוען אױיפֿ'ן זיבעטען הימעל פֿון דעם געדאַנק, אַז איך בין ענדליך אַן אינסטיטוטשיק; אַז דער שעהנער קאָרידאָר, דער גרױיסאַרטיגער אַקטאָװוער זאַל, דער גרױיסער עס-זאַל — דאָס אַלץ איז „מײַנע". איך בין געװוען דורכגעדרונגען מיט דעם פֿאַקט, אַז איך מאַרשיר צוזאַמען מיט יענע אינסטיטוטשיקעס, װועלכע איך פֿלעג אַזױי מקנא זײַן; אַז איך עס מיט זײי, זינג מיט זײי, האָב די זעלבע לעהרער װוי זײי. אָבער צו דער זעלבער צײַט איז אױיף מיין הארצען געלעגען אַ דריקענדע משא. איך האָב זיך געפֿילט װוי אַ רעקרוט אין דער קאַזאַרמע. איך האָב געבענקט אַהײם.

און װוען אימיצער פֿון די לעהרער װואָלט זיך אינטערעסירט, געזאַגט מיר אַ פֿריינדליכען װוארט, װואָלט געװוען אַנדערש. די לעהרער האָבען זיך אָבער מיט אונז געהאַלטען אַזױי װוי אָפֿיצירען מיט סאָלדאַטען.

דעם ערשטען יאָהר האָט די אונאַנגענעהמסטע שטימונגען אין מיר אַרױיסגערופֿען דער לעהרער פֿון רוסיש און געשיכטע. אַרלאָװוסקי האָט ער געהײיסען — זעהר אַ הױיכער רום, מיט אַ שיטערער בלאָנדער בערדעל, און װועלכער האָט שטענדיג געליטען פֿון קאַטאַר. ער האָט געטראָגען דעם נײַעסטען און בעסטען פֿראַק, און זײַן גאַלדענער זייגער און גילדערנע קײַטעלע האָבען אױיסגעזעהן שעהנער און טײַערער װוי די זייגערס מיט די קײַטלעך פֿון די אַנדערע לעהרער. דאָס װואָס ער האָט יעדע מינוט געברויכט זײַן פֿאַטשעליקע, האָט ניט געשטערט דעם אײַנדרוק װואָס ער האָט געמאַכט אַלס אַ שעהנער מאַן און אַ פֿראַנט.

מיר האָבען איהם אָבער געהאַלטען פֿאַר אַ שלעכטען און אַ קיטרען. ער האָט קײַנמאָל ניט געשריען אױיף אַ שילער; אָבער אַז מען האָט איהם ניט געענטפֿערט װוי עס באַדאַרף צו זײַן, פֿלעגט ער 276אַראָפּלאָזען די אױיגען טרױיעריג, און דאַן האָבען מיר שױין געװואוסט, אַז אין „זשורנאַל" װועט שטעהן אַ שלעכטע „אָטמיעטקע".

דעם ערשטען מאָל, װואָס ער האָט מיר אַרױיסגערופֿען, בין איך איהם ניט געפֿעלען געװוארען. אפֿשר האָט זיך מיר דאָס געדוכט. יעדענפֿאַלס בין איך געװוארען נערװועז. איך האָב פֿאַרטשעפֿעט און ניט געקענט אַרױיסקריקען.

— סאַדיטיעס!* — האָט ער געזאַגט מיט אַן אומעדינגען קול, אַראָפּלאָזענדיג זײַנע אױיגען.

די שילער װואָס זײַנען געזעסען לעבען דעם לעהרער'ס טישעל, האָבען מיר דערזאָגט װוי ער שטעלט מיר אַ „2".

איך בין געװוען זיכער, אַז ער האָט מיר פֿיינט װוייל איך בין אַ קאַסאָקער. און איך האָב זיך גענומ'ען דעם לעבען דערפֿון.

דער לעהרער פֿון אַריפֿמעטיק איז דאַן געװוען ניט קײַן הױיכער מאַן, מיט אַ גרױיסע שװוארצע באָרד און גרױיסע שװוארצע ברעמען. זײַן נאָמען איז געװוען אַ פֿראַנצױזישער — מאַרעל. אַן אױיסשפּראַכע האָט ער געהאַט אַ ריכטיגע, אָבער עפּעס אַזױי װוי שױין אַ צוריכטיגע. זײַנע שאַרפֿע „רײַש'ען" האָבען געקלונגען אַזױי װוי בײַ אַן אױיסלענדיגע, װואָס האָט זיך גוט אױיסגעלערענט אױיסרײידען די װוערטער אױיפֿ'ן עכט-רוסישען שטײיגער, און זאַלצט שױין איבער אַביסעל.

ער האָט געהאַט אַ זאָנדערבאַרען גאַנג מיט זאָנדערבאַרע אַװואָסעם. ער פֿלעגט זײַנע אױיגען מיט די גרױיסע ברעמען אַנשטעלען אַזױי װוי מיט כּעס, און יעדען װוארט פֿלעגט ער אױיסשרײַען מיט אַ בײַזער פּונקטליכקײַט. װוען דער שילער פֿלעגט צוגעהן צום טאַפֿעל און זיך נעהמען פֿאַר דער שטיקעל קרײַד, פֿלעגט ער איהם הײיסען אָנהויבען דעם חשבון „נאָר פֿון אױיבען און בײַ דעם סאַמע ברעג טאַפֿעל". די דאָזיגע װוערטער האָט ער קײַנמאָל ניט דורכגעלאָזען, און ער פֿלעגט זײי אימער אױיסריידען מיט אַ קאָמישער מינע פֿון שטרענגקײַט. נאָכ'ן אוראָק פֿלעגען מיר דאָס איבערקרימען.

* זעצט זיך אַנידער.

277מיר האָבען איהם געהאַלטען פֿאַר אַ שטרענגען, און מיר האָבען פֿאַר איהם מורא געהאַט. אין הארצען האָב איך געפֿיהלט, אַז ער איז גאָר ניט קײַן שלעכטער. דאָך אין דעם אַלגעמיינעם בילד פֿון פֿרעמדקייט און שטרענגקייט זײַנען זײַנע מאַניערען געװוען אַ נאַטירליכע טייל.

אַ פֿריינדליכען װוארט װוי פֿון אַ פֿאָטער האָב איך געהערט נאָר פֿון אַ לעהרער מיט'ן נאָמען ליעפֿין — אַ געזונטער בלאָנדער קאַצאַפֿ מיט פֿראַהליכע בלױיע אױיגען. ער האָט מיט אונז געלערענט געאָגראַפֿיע און נאַטור-װויסענשאַפֿט. מיר האָבען װועניג געהאַלטען פֿון זײַן קענטענישאַפֿט. מיר האָבען געגלױיבט, אַז די אוראָקען האָט ער אױיסגעלערענט אױיף אױיסװוענדיג און װוייס נאָר דאָס, װואָס ס'שטעהט אין זײַן ביכעל. מיר האָבען אָבער באַװואונדערט די שפּראַך װועלכע ער פֿלעגט ברענגען אין ריידען. און מיר האָבען איהם געהאַלטען פֿאַר אַ גוטען סימפּאַטישען מענשען.

אָבער אפֿילו ער האָט אױיך מיט אַ שילער קײַנמאָל ניט גערעדט װוי מיט זײַן גלײַכען. ער פֿלעגט אַמאָל מאַכען שפּאַס מיט אונז; ער פֿלעגט דאָס אָבער טאָן װוי אַ מענש װואָס גערעדט צו אַן אַנדער װועלט.

עס האָט זיך גראָד אַזױי געמאַכט, אַז אױיפֿ'ן פֿערטען אָדער פֿינפֿטען טאָג נאָך מײַן אָנקומ'ען האָט מען די שילער געפֿיהרט אין באָד. דאָס איז אימער פֿאַר זײי געװוען אַ געלעגענהייט זיך אַראָפּצוטשאַװוען „אין שטאָדט" אױיף אַ פֿאַר שעה. אין באָד פֿלעגט מען געהן שפּעט נאָכמיטאָג, פֿלעגען זײי דערנאָך אַװועקגעהן ערגעץ-װואו און קומ'ען אין אינסטיטוט אַכט אוהר, צו װועטשערע.

אַזױי װוי מײַן מומע'ס װואוינונג איז געװוען נעהנטער װוי דער מאַמע'ס, האָב איך מיר מײַן מוטער געלאָזט װויסען, אַז זי זאָל דאָרטען זײַן יענעם אָװוענד. עס איז געװוען אַ באַגעגעניש, אַזױי װוי מיר װואָלטען זיך ניט געזעהן אַ פֿאַר יאָהר. מײַן מוטער האָט מיר געקושט מיט טרעהרען אין די אױיגען. איהר שׂמחה און שטאָלץ מיט מיר זײַנען געװוען געמישט מיט דער בענקעניש, װואָס זי האָט יענע עטליכע טעג געפֿיהלט נאָך מיר.

דערנאָך האָט זי גענומ'ען מאַכען שפּאַס. זי און די מומע האָ278בען אָנגעהויבען מיר אױיסצופֿרעגען װואָס מען עסט אין אינסטיטוט, װוי מען שלאָפֿט, װואָס פֿאַר אַ חברים איך האָב, װוי אַזױי דער אינסטיטוטסקער שנײַדער האָט מיר גענומ'ען די מאָס אױיף מײַנע צװוײי קאַסטיומען.

אין געװוויסע זאַכען בין איך צו 17 יאָהר נאָך געװוען גאָר אַ קינד. איך האָב זיך גענומ'ען באַריהמען מיט דער גרױיסאַרטיגקייט פֿון דעם אינסטיטוט. איך װוייס ניט װוארום, אָבער מעהר פֿון אַלץ האָב איך זיך באַריהמט מיט דער פּיאַנאַ. פֿילײַכט איז דאָס געװוען דערפֿאַר, װואָס פּיאַנאָס האָבען געהאַט נאָר רײַכע פֿאַמיליעס.

איך גערענק די װוערטער, װואָס איך האָב דערבײַ געזאָגט:

— איך האָב דאָך שױין עפּעס געזעהן פֿאָרטעפֿיאַנעס; אָבער אַזאַ פֿאָרטעפֿיאַ האָב איך נאָך קײַן מאָל ניט געזעהן.

דערנאָך האָב איך זיך גענומ'ען דעם לעבען, פֿאַרװואָס האָב איך דאָס געזאָגט. װואו האָב איך דאָס אַזױי געזעהן פֿאָרטעפֿיאַנעס? אפֿשר האָב איך געהערט פֿון אַ פֿענסטער װוי מען שפּילט אױיף אַזאַ אינסטרומענט. געזעהען האָב איך אַ פּיאַנאָ נאָר װוען מען האָט איהר אַרײַנגעטראָגען אין אַ רײַכער װואוינונג ערגעצ-װואו, אָדער דעם אײַנציגען מאָל װוען איך בין געגאַנגען זיך לערנען זינגען בײַ נאַטהאַנסאָן'ען, דעם מוזיק-לעהרער. די מאַמע און די מומע װוייסען דאָך דאָס. אין הארצען מאַכען זײי מסתּמא חוזק פֿון מײַן נאַרישער באַריהמרײַי.

יעדעס מאָל, װוען איך האָב זיך דערמאַנט אָן מײַנע װוערטער „איך האָב דאָך שױין עפּעס געזעהן פֿאָרטעפֿיאַנעס", פֿלעג איך זיך עסען דאָס הארץ.

װוען איך בין צוגעװואוינט געװוארען צו דעם אינסטיטוטסקען לעבען, האָב איך אַהיים שױין ניט געבענקט. אָבער אױיף דעם פֿרײַטאָג-צו-נאַכט מיט'ן שבת פֿלעג איך אימער װוארטען מיט אומגעדולד. איך פֿלעג בוכשטעבליך צעהלען די טעג מיט די שעה'ן.

דעם ערשטען יאָהר, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אינסטיטוט, איז דער דירעקטאָר געװוען דער אױיבען-דערמאָנטער גװואָזשטאַ. ער איז געװוען אַ לאַטיש דאַכט זיך. יעדענפֿאַלס האָט ער רוסיש גערעדט ניט װוי אַן עכטער רום.

279מיר פֿלעגען איבערקרימען זײַן רוסיש.

מעהר פֿון אַלץ פֿלעגען מיר אָפּלאַכען, װוי ער שרײַט צו אַ שילער — „ניע גריעטסיא או פֿיעטשקי!" (ניט װוארימט זיך בײַם אױיװוען!). ער האָט דאָס געהאַלטען פֿאַר אומגעזונט, און װוען ער פֿלעגט אימעצען זעהן בײַ אײַנעם פֿון די װוייסע קאַכלע-אױיװוענס, װועלכע זײַנען געשטאַנען אױיפֿ'ן קאָרידאָר אָדער אין די קלאַס-צימערען, פֿלעגט ער די דאָזיגע װוערטער אױיסשרײַען מיט אַ שטרענגער מינע.

אין ערשטען קלאַס האָט גװואָזשטאַ דעם בעסטען שילער באַשטימט אַלס אונזער „צענזאָר" (מאָניטאָר). זײַן ראָלע אַלס עלטסטער האָט דער אינגעל איבערגעטריבען. איין מאָל, זעהענדיג װוי אײַנער פֿון אונז װוארימט זיך בײַם אױיװוען, האָט ער צו איהם אױיסגערופֿען „ניע גריעטסיא או פֿיעטשקי!" מיט גװואָזשטאַ'ס שטרענגער אױיסשפּראַכע, מיט אַלעמען.

זינט דאַן האָבען מיר איהם אַ נאָמען געגעבען „ניע גריעטסיא או פֿיעטשקי!", איבערקרימענדיג װוי ער מאַכט נאָך דעם דירעקטאָר.

נאָך גװואָזשטאַ'ן איז אַלס דירעקטאָר אָנגעקומ'ען אַן עכטער רום מיט'ן נאָמען קאַטעלניקאָװו, און ער איז אױיף דער שטעלע פֿאַרבליבען ביז איך האָב געענדיגט, און נאָך עטליכע יאָהר שפּעטער אױיך.

דאָס איז געװוען אַ קרעפֿטינע און אינטערעסאַנטע פֿערזענליכקייט; הגם, װוי װוייט מיר, אינגלאך, האָבען געקאַנט פֿאַרשטעהן, ניט קײַן סימפּאַטישע.

3
װוי אַזױי מען האָט מיט אונז געלערענט.

אין אַ שוהל װוי דער אינסטיטוט, אָדער אַ גימנאַזיע, באַקומ'ען די שילער אַ סיסטעמאַטישע בילדונג, װוי מען רופֿט דאָס. מען לערענט זײי מיט אַ געװוויסער סיסטעם, לױיט אַ באַשטימטער פּראָגראַם, און ניט װוי עס לערענט זיך אַ אינגעל, װואָס ענטװויקעלט 280זיך אָהן אַ לעהרער, לעזענדיג װואָס עס מאַכט זיך, אָהן אַ פּלאַן און אַ מאָל. און צו באַקומ'ען סיסטעמאַטישע בילדונג איז טאַקע זעהר װויכטיג. די פֿראַגע איז אָבער אױיף װואָס פֿאַר אַ סיסטעם זי איז געגרינדעט.

פֿון דאַן ביז היינט האָט די פֿעדאַגאָגיע געמאַכט פֿאָרטשריט. אין דער ערציהונגס-װועלט איז נאָך היינט אױיך דאָ גענוג דומהיים, אבערגלױיבען און פֿאַלשקייט; אָבער אין יענע יאָהרען, און בפֿרט נאָך אין רוסלאַנד פֿון יענער צײַט, האָט דאָס אַלץ עקזיסטירט אין אַ פֿיל גרעסערער מדרגה.

רוסלאַנד'ס בילדונגס-סיסטעם איז געװוען קאָפּירט פֿון דײַטשלאַנד; און צו אַלע דײַטשע פֿעהלערען האָט די צאַרישע רעגירונג צוגענעבען ספּעציעלע רוסישע חסרונות פֿון יענע צײַטען. די דײַטשע סיסטעם איז געװוען דורכגעדרונגען מיט אַ קאַזאַרמע-גײַסט. אָבער אין דער דײַטשער קאַזאַרמע איז געװוען אַ סך מעהר קולטור װוי אין דער רוסישער.

די צאַרישע אימפּעריע איז געװוען אַ לאַנד פֿון טשינאָװוניקעס, און די װואָס האָבען געדינט אין דעם „מיניסטעריום פֿון פֿאָלקס-בילדונג", האָט מען געמאַכט פֿאַר אַזעלכע טשינאָװוניקעס װוי די באַאַמטע פֿון די אַנדערע דעפּאַרטמענטס. מיט דעם מיינען מיר ניט נאָר, אַז דער לעהרער האָט זיך געסטאַרעט צו „דערדינען" זיך דורך אונטערטעניגקייט צו זײַנע עלטסטע; מיר מיינען אױיך, אַז אין דעם קלאַס-צימער גופֿא האָט ער גענומ'ען רעפּרעזענטירען דעם גײַסט פֿון דער צאַרישער הערשאַפֿט.

עס זײַנען געװוען אױיסנאַהמען — סימפּאַטישע, עהרליכע לעהרער, װועלכע האָבען געטאָן זייער בעסטעס צו פֿיהרען זייער תּלמידים אױיפֿ'ן װועג צו ליכט און צו פֿאָרטשריט. אָבער ערשטענס, זײַנען זײי געװוען ניט מעהר װוי אױיסנאַהמען; און צװוייטענס, זײַנען זײי געװוען מאַכטלאָז געגען דער הערשענדער סיסטעם.

אין דעם אינסטיטוט האָט מען געלערענט אַזױי װוי מען האָט דאַן געלערענט אין אַלע גימנאַזיעס און רעאַל-שוהלען. די לעהרער זײַנען מײַסטענטענס געװוען פֿון דעם זעלבען שניט (זײי האָבען געענדיגט אוניװוערסיטעט, יעדער אױיף די ספּעציעלע געגנשטאַנדען, אױיף װועלכע ער האָט דערנאָך געגעבען אונטערריכט). און אָפֿט איז אַ 281לעהרער פֿון אַ גימנאַזיע אָנגעקומ'ען צו אונז, אָדער פֿאַרקעהרט. די לעהרער-ביכלעך זײַנען געװוען די זעלבע און דער שטייגער — דער זעלבער.

דאָס רוב האָבען די שילער „געזובערעװועט" — אױיסגעלערענט װוארט-אײַן-װוארט אױיף אױיסװוענדיג. איבערזאָגען אַ אוראָק מיט אײַגענע װוערטער — דאָס האָט מען זעלטען געטאָן. װוי אַ מאַשין פֿלעגט דער שילער אין זיך אַרײַנלערנען די װוערטער, און װוי אַ מאַשין, װוי אַ פֿאָנאָגראַף, פֿלעגט ער זײי צוריק אַרױיסדערהען, װוען דער לעהרער האָט איהם אױיסגערופֿען.

עס זײַנען זאָגאַר געװוען גענוג אַזעלכע, װואָס פֿלעגען אײַנזובערעװוען אַן אוראָק אין מאַטהעמאַטיק, און װוען איהר פֿלעגט פֿרוּװוען ענדערען דעם גאַנג פֿון די װוערטער, אָדער איבערדרעהען זיך די צײיכענונג (אין געאָמעטריאַ), פֿלעגען זײי שױין ניט קענען זיך ריהרען פֿון אָרט. אין באַצוג צו אַ ענין װוי די היסטאָריע, איז דאָס זובערעװוען געװוען דער כּלל; און אַזעלכע װואָס האָבען זיך אַרײַנגענומ'ען אין זיך דעם שכל, דעם אינערליכען אינהאַלט פֿון אַ פֿאַסירונג, און איהר איבערגערעכענען אױיף זייער אײַגענעם שטייגער — אַזעלכע זײַנען געװוען אַ זעלטענע אױיסנאַהמע.

דער לעהרער האָט דאָס נאַטירליך געזעהן, אָבער איהם האָט דאָס ניט געאַרט. דאָס רוב לעהרער האָבען דאָס „זובערעװוען" פּשוט געפֿאָדערט. זײי האָבען דאָס ניט אױיסגעדריקט מיט װוערטער; אָבער װוען אימעצער האָט איבערגערעכענט דעם אוראָק אױיף אַ זעלבסטשטענדיגען אופֿן, און ניט אױיף אַ מאַשינ'אַװוען, האָבען זײי אַרױיסגעװויזען אומצופֿרידענהיים. זײי האָבען זיך אָפֿט געטשעפּעט, און דער שילער האָט געמעגט װויסען דעם אוראָק אױיסגעצייכענט, פֿלעגט ער קײַן הױיכע „אַטמיעטקע" בײַ זײי ניט באַקומ'ען.

עס איז אַ פֿאַקט, אַז דאָס רוב לעהרער האָבען די אוראָקען אַלײַן אױיך „אײַנגעזובערעװועט". זײי האָבען דאָס געפֿרוּװוט פֿאַרבאָרגען. עס איז אָבער ניט געװוען שװוער צו באַמערקען. געװוענליך פֿלעגען זײי „זובערעװוען" פֿון אָן אַנדער ביכעל, ניט פֿון דעם, װואָס די שילער האָבען געברױיכט. עס פֿלעגט אָבער אָפֿט טרעפֿען, אַז די שילער האָבען געכאַפּט דעם קװואַל, פֿון װועלכען די לעהרער שעפּען זייער תּורה. עס זײַנען געװוען לעהרער, װואָס פֿלעגען דעם 282אוראָק איבערשרײַבען מיט אײַגענע פֿראַזען, און די דאָזיגע פֿראַזען „אױיסזובערעװוען". און יעדען יאָהר פֿלעגט מען פֿון זײי הערען די זעלבע אױיסדריקע מיט די זעלבע װוערטער. אַ לעהרער פֿון געשיכטע, למשל, האָט מיט געשיכטע זיך ניט אינטערעסירט. ער איז ניט געװוען באַלעזען אין דעם ענין. ער האָט ניט געהאַט קײַן ברײיטען באַגריף װועגען איהם. און אױיף זײַן אוראָק האָט ער געקוקט װוי אױיף אַ „סלוזשבע"-פֿליכט. מעהר װוי דאָס װואָס אין ביכעל שטעהט, האָט ער כּמעט אַלײַן ניט געװואוסט. דער שוהל-ביכעל איז בײַ איהם געװוען דער אײַנציגער װועג-װוייזער און פֿיהרער. אױיב דער אינגעל האָט געזאַגט פֿונקט װוי דאָרטען שטעהט, איז דער לעהרער געװוען זיכער, אַז עס איז גוט. טאַמער האָט ער געברױיכט אַנדערע װוערטער, האָט דער לעהרער שױין זײַן געפֿיהל פֿון זיכערהייט פֿאַרלאָרען.

עס איז אָבער געװוען נאָך אַן אורזאַכע אױיך. די צאַרישע רעגירונג האָט פֿײַנט געהאַט יונגעלייט װואָס האָבען אײַגענע געדאַנקען. דאָס האָט בײַ איהר געשמעקט מיט „קראַמאָלאַ", דאָס הייסט מיט רעװואָלוציע, מיט די „נײַע אידעען", װועלכע האָבען זיך דאַן פֿאַרשפּרייט אין די רוסישע אוניװוערסיטעטען. „ניט סמיעי דענקען! טהו װוי אַלע! געה אױיף דעם אױיסגעטראַטענעם װועג!" — דאָס איז געװוען דער כּלל; און װוען אַ שילער האָט אַרױיסגעװויזען אַ נײַגונג צו דענקען זעלבסטשטענדיג, האָט מען אױיף איהם געקוקט מיט חשד. װוען אַ שילער האָט זיך ניט געהאַלטען שטרענג בײַ די װוערטער פֿון דעם קאַזיאַנעם ביכעל, און האָט אַרױיסגעװויזען אַן אײַגענעם פֿאַרשטאַנד, האָט דאָס געמאַכט אַ שלעכטען אײַנדרוק.

קײַנער פֿון די לעהרער האָט דאָס ניט אַרױיסגעזאָגט. אָבער אַזױי איז געװוען דער הערשענדער גײַסט. צו האָבען אײַגענע געדאַנקען, אידעען, צו געהן אױיף אַ נײַעם װועג איבערהױיפֿט, האָט שױין געהייסען „קראַמאָלאַ".

דער דאַמאָלסדיגער אינספּעקטאָר פֿון דער װוילנער גימנאַזיע האָט פֿאַרבאָטען זײַנע שילער צו טראָגען קראַגענס מיט פֿאַרבױיגענע שפּיצען. דאָס איז שױין בײַ איהם געװוען אַ „נײַער װועג". כאַראַקטעריסטיש איז דער פֿאַקט, אַז די דאָזיגע שפּיצען פֿלעגט 283ער רופֿען „אידעען". „אהאַ! אַ קראַגען מיט אידעען!" — פֿלעגט ער זאָגען, און ער פֿלעגט סטראַשען צו נעהמען אַ שעהרעלע און די „אידעען" אָפּשנײַדען.

װוען די שוהל-ביכלעך װואָלטען פֿאַרפֿאַסט געװוארען מיט שכל, װואָלט נאָך געװוען אַ האַלבע צרה. האָט זײי דאָס גראָד געפֿעהלט. מיר װועלען דאָ נעהמען די דאַמאָלסדינע שוהל-װוערק איבער געשיכטע אַלס בײַשפּיל. דאָס זעלבע װואָלט מען געקענט געזאָגט װועגען אַנדערע געגנשטאַנדען — װועגען געאָגראַפֿיע, נאַטור-װויסענשאַפֿט, א. װ. װ., מיט אַזאַ אױיסנאַהמע װוי מאַטהעמאַטיק.

אין די זיבעצינגער און אַכציגער יאָהרען זײַנען אין אַלע רוסישע שוהלען געגאַנגען אילאָװואַיסקי'ס היסטאָריע-ביכלעך: זײַן „אַלגעמיינע געשיכטע", „רוסישע געשיכטע", „אַלטע געשיכטע", „מיטעלע געשיכטע", „נײַע געשיכטע". דיזע ביכלעך האָבען מיר געלערענט.

אַ פֿאַר פֿון זײי זײַנען דורך אַ צופֿאַל מיר אַרײַנגעקומ'ען אין די הענט מיט עטליכע און דרײַסיג יאָהר שפּעטער, און איך בין ערשטױינט געװוארען. װועגען דעם לאַקײישען גײַסט, מיט װועלכען זײי זײַנען דורכגעדרונגען, רייד איך דאָ ניט. אפֿילו פֿון אַ לאַקײיסקען שטאַנדפֿונקט האָבען זײי אױיך קײַן זינען ניט. דעם שילער איז געװוען אונמעגליך אַבסאָלוט צו דערגאַהן אַ טאָלק. װוען דער װויכטיגסטער היסטאָרישער פֿאַסירונג האָט מען איהם מכבד געװוען מיט עטליכע שורות, און װועלכע האָבען איהם װועגען איהר ניט געגעבען קײַן באַגריף. אין די נעקסטע עטליכע שורות האָט זיך שױין געהאַנדעלט װועגען אַן אַנדער פֿאַסירונג אָדער סיטואַציע, און אַזױי װוייטער. די היסטאָרישע פֿאַקטען זײַנען געװוען אָנגערייהט, אַזױי װוי טראָקענע „קעפּלאַך" פֿון קאַפּיטלען.

װוען אַ אינגעל לעזט היסטאָריע און ער געפֿינט אין איהר אַ טאָלק, האָט ער הנאה. קײַן אינטערעסאַנטערער געגנשטאַנד איז ניטאָ. אין אַ לעהר-בוך קען מען, נאַטירליך, אין קײַן אײַנצעלהייטען זיך ניט אַרײַנלאָזען; מען קען אָבער אַ היסטאָרישע פֿאַסירונג דערצעהלען גאַנץ בקיצור, און דאָך איהר מאַכען אינטערעסאַנט. מען דאַרף נאָר דעם תּלמיד געבען אַ מעגליכקייט איהר צו פֿאַרשטעהן. װוי אילאָװואַיסקי אָבער האָט געשריבען געשיכטע, איז 284זי געװוען טרוקען און זינלאָז און ערגער װוי לאַנגװוייליג. זײַן שפּראַך איז געװוען אַ גוטע, אַ שעהנע זאָגאַר; אָבער מיט דעם האָט ער נאָר פֿאַרטומעלט דעם שילער'ס מוח. קײַן טעם האָט זי אין די שורות ניט אַרײַנגעגעבען.

בלעטלעך און בלעטלעך זײַנען געװוען פֿאַרנומ'ען מיט װוערטער װועגען צוזאַמענשטױיסען צװוישען קעניגונגען, װועגען מלחמות און װוידער װועגען מלחמות. קײַן בילד פֿאַר די אױיגען און קײַן קלאָרען באַגריף אין געדאַנק האָט דער שילער ניט געקענט באַקומ'ען — ניט װועגען דער באַטרעפֿענדער צײַט, ניט װועגען איהרע מענשען, ניט װועגען די אמת-אינטערעסאַנטע זאַכען װואָס זײַנען בײַ זײי פֿאָרגעקומ'ען; ניט זאָגאַר װועגען די קעניגונגען מיט די מלחמות, און װועגען װועלכע אילאָװואַיסקי האָט געטרודעט.

אין אינסטיטוט זײַנען געװוען אײַניגע שילער, װואָס האָבען געהאַט אַ גוטען זכרון און סתּם גוטע פֿעהינקייטען, און זײי פֿלעגען אילאָװואַיסקי'ס בלעטלעך לײַכט אױיסלערנען און געדענקען. טאָלק אָבער האָבען זײי אין זײ ניט געפֿונען.

שילער מיט אַ שװוערען זכרון און אָהן פֿאַרשטאַנד פֿלעגען אַזעלכע אוראָקען אױיך בײַקומ'ען. זײי פֿלעגען נאָר דאַרפֿען אַרײַנעמען מעהר. װואָס בײַ אײַנעם האָט געדױערט אַ האַלב-שעה, פֿלעגט בײַ אַ צװוייטען נעהמען צװוײי אָדער דרײַ שעה. דער רעזולטאַט איז אָבער געװוען דער זעלבער. און דעם לעהרער איז אױיך געװוען אַלץ אײַנס — אַבי מען האָט דעם אוראָק געקאַנט אױיף אױיסװוענדיג.

אײַנער פֿון די „בעסטע" שילער אין אינסטיטוט, אין מײַן צײַט, איז געװוען אַ באַריהמטער „טופֿיצאַ" („גראָבע קאָפּ"). עס טרעפֿט אָפֿט, אַז אַזאַ שילער האָט גראַד אַ ליכטען זכרון. איהם אָבער האָט די נאַטור דאָס אױיך ניט געגעבען. דער לערנען אױיף אױיסװוענדיג פֿלעגט בײַ איהם אָנקומ'ען זעהר שװוער. ער פֿלעגט מאַרשירען איבער'ן קאָרידאָר און קלײַבען די װוערטער אַזױי װוי לאַקשען; און אַזױי שפּרײַזענדיג הין און צוריק, הין און צוריק, פֿלעגט ער זוברעװוען, ביז ער האָט דעם אוראָק געקאַנט אױיף אױיסװוענדיג.

עס זײַנען געװוען עטליכע אמת-פֿעהינע בחורים, װועלכע האָבען געהאַט אַ גוטען זכרון אױיך. מיט זײי װואָלט מען געקענט אַ סך 285אױיפֿטאָן, אָבער ניט דורך אַזעלכע ביכלעך װוי אילאָװואַיסקי'ס, און ניט מיט אַזאַ סיסטעם, װוי די װואָס האָט בײַ אונז געהערשט.

היינט זײַנען פֿאַראַן אײַניגע שוהל-ביכלעך איבער היסטאָריע, װואָס גיבען דעם שילער אַ קלאָרען אַלגעמיינעם באַגריף װועגען דעם ענין, און עס איז זײי אינטערעסאַנט צו לעזען. זײי גיבען איהם אַן אױיסגעצייכענטען בילד פֿון אַדער יענער היסטאָרישער צײַט. ער שטעלט זיך איהר פֿאָר; ער פֿאָרשטעהט איהר. ער לעבט זיך אין איהר אַרײַן. אַזאַ בוך לערענט מען מיט פֿאַרגעניגען און מיט אמת'ע נוץ.

און אַ גוטער לעהרער באַגעגענט זיך גענוג ניט מיט דעם. אַ חוץ דעם שוהל-ביכעל, װוייזט ער די שילער אָן אױיף ביכער, װואו זײי קענען װועגען דעם ענין לעזען אױיספֿיהרליכער. אַזעלכע ביכער זײַנען פֿאַר דעם אינגעל אינטערעסאַנט װוי אַ ראָמאַן. מען דאַרף נאָר װויסען װוי איהם צו פֿאַראינטערעסירען. און נאָך דעם װוי ער האָט שױין דאָס איבערגעלעזען, האָט דער לעהרער מיט איהם אַ געשפּרעך װועגען דאָס געלעזענע. װוען דאָס לערנען געהט צוזאַמען מיט'ן לעזען, און בײַדע קומ'ען פֿאָר אונטער דער פֿיהרערשאַפֿט פֿון אַ פֿאַרנונפֿטיגען און װועגװוייזער, איז אַ אוראָק ניט אַן אונאַנגענעהמע און נוצלאָזע פֿליכט, נאָר אַ קװואל פֿון תּענוג און פֿאָרטשריט.

אין אינסטיטוט האָט מען פֿון אַזאַ סאָרט לערנען ניט געװואוסט, און אין דעם איז ער ניט געװוען פֿאַרשידען פֿון די רוסישע גימנאַזיעס אָדער רעאַל-שוהלען. די לעהרער פֿלעגען די שילער אױיפֿגעבען די אוראָקען, אַזױי װוי מען גיט מאַשין-אַרבייט, און אױיף מאָרגען פֿלעגען זײי נאָר זעהן צי די שילער האָבען זײיער פֿליכט ערפֿילט. דאָס איז אַלץ.

קײַן נעהנטערע באַציהונגען צװוישען זײי האָט ניט עקזיסטירט. און מעהר װוי מיט דעם אוראָק האָבען זײי זיך אין באַצוג צו זייער לערנען ניט אינטערעסירט.

אָבער אַװועק'פּטר'ען אַלע אונזערע לעהרער מיט דעם זעלבען כּלל קען מען אױיך ניט. עס זײַנען צװוישען זײי געװוען אױיסנאַהמ'ען: קאַטעלניקאָװו, דער דירעקטאָר, און װועלכער האָט אין די העכערע צװוײי קלאַסען געלערענט מאַטהעמאַטיק; שטיינבערג, דער אינספּעקטאָר, 286װועלכער האָט אין אַלע קלאַסען געלערענט דקדוק און תּנ"ך; און לאַװוראָװו, דער לעהרער פֿון נאַטור-װויסענשאַפֿט (זאָאָלאָגיע, באָטאַניק, מינעראַלאָגיע) און פֿיזיק, און אַ ביסעל פֿיזיאָלאָגיע און כעמיע.

4
די לעהרער.

קאַטעלניקאָװו, דער דירעקטאָר, האָט דעם אינסטיטוט געפֿיהרט מיט אַן אײַזערנער האַנט, און ער איז געװוען אַ „טרײַ-אונטערהעניגער". „אידעען" פֿון אַ פּאָליטישען כאַראַקטער האָבען אין זײַן מוח קײַן נעסט ניט געפֿלאָכטען. ער איז אָבער פֿון דער נאַטור געװוען אַ מענש מיט אַ זעלבסטשטענדיגען כאַראַקטער און מיט אַ זעלבסטשטענדיגען אַרט דענקען און טאָן; און דאָס האָט זיך אַרױיסגעװויזען אין זײַן אַרבייט אַלס לעהרער און אַלס פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ לעהר-בוך.

אַלס לעהרער פֿון געאָמעטריע, גלױיב איך, אַז ער איז געװוען אײַנער פֿון די בעסטע אין רוסלאַנד. אין אַזאַ געגנשטאַנד קען מען אַלס לעהרער קײַן סך נײַעס ניט אױיפֿטאָן. אַלץ געהט נאָך דער שטרײַנגער לאָגיק, און אַ שטרײַנגע לאָגיק איז פֿאַראַן נאָר אײַנע. דאָך קען מען דעמזעלבען אמת אַרױיסזאָגען אױיף פֿאַרשידענע אַרטען. מיט פֿאַרשידענע מיטלען קען מען איהם קלאָהר מאַכען פֿאַר זיך, און קאַטעלניקאָװו פֿלעגט דאָס טאָן אױיף זײַן אײַגענעם אַרט, מיט אָריגינעלע אײַגענע מיטלען. אין אַ געאָמעטרישען שכל פֿלעגט ער נאָר אַ נײַע נשמה אַרײַנבלאָזען. אַזױי פֿלעגט זיך מיר דוכטען.

װוען מיר האָבען שױין געענדיגט די גאַנצע געאָמעטריע, און גענומ'ען אַלץ איבערלערנען װוידער פֿון אָנפֿאַנג, איז ער ניט געגאַנגען כּסדר פֿון אָנהויב ביז'ן סוף, װוי פֿריהער, נאָר ער האָט דעם גאַנצען געגנשטאַנד צוטיילט אױיף אָפּטיילונגען לױיט אַזאַ פּלאַן, אַז דאָס גופֿא האָט געשאַפֿען אַ נײַע קלאָרקייט; עס האָט דעם ענין אונז געמאַכט נאָך דײַטליכער און אינטערעסאַנטער װוי פֿריהער.

287איך בין ענטציקט געװוארען. איך האָב געאָמעטריע גוט געקענט און געליבט. דאָך האָט מיר געדוכט, אַז ערשט איצט הויב איך איהר אָן צו פֿאַרשטעהן אין אמת'ן.

דער לעהר-בוך, װואָס ער האָט געדרוקט, איז געװוען איבער מעכאַניקע, אַ געגענשטאַנד װועלכען מען האָט ניט געלערענט ניט בײַ אונז, און ניט אין די גימנאַזיעס, נאָר אין די רעאַל-שוהלען (אין דעם העכסטען קלאַס), און דער ביכעל איז געװוען אַנערקענט פֿאַר דאָס בעסטע שוהל-װוערק איבער דעם ענין. מען האָט איהם געברױיכט איבער גאַנץ רוסלאַנד, און איך פֿלעג זעהן װוי רעאַליסטען פֿון דעם נעקסטען הויף קומ'ען אַרײַן צו קאַטעלניקאָװו'ען קױיפֿען דעם ביכעל.

ער האָט געהאַט אַ טהעטינע, אונרוהיגע נאַטור, און װועלכע פֿלעגט איהם שטענדיג טרײַבען צו נײַע פּלענער, צו נײַע אױיפֿטאָונגען. און ער האָט זיך געהאַלטען ניט אַזױי װוי אַלע מענשען פֿון זײַן שטאַנד. צום בײַשפּיל: ער האָט קײַנמאָל ניט געטראָגען קײַן קאַפֿעלוש, נאָר אַ היטעל — די אָפֿיציעלע היטעל, מיט דער קאָקאַרדע פֿון דעם בילדונגס-דעפּאַרטמענט — װוי אַן אײַנפֿאַכער טשינאָװוניקעל. אױיך האָט ער קײַנמאָל ניט געטראָגען קײַן פֿראַק; אימער אַ מונדיר. אײַנפֿאַך — װוייל אַ היטעל און אַ מונדיר זײַנען בעקװועמער. דעם מונדיר פֿלעגט ער ליב האָבען צו פֿאַרשפּיליען אין גאַנצען, און דאַן פֿלעגט ער אָפֿט אַרײַנרוקען די הענט אין בוזים. אַ קאַפֿעלוש און אַ פֿראַק זײַנען געװוען עלעגאַנטער, מעהר מעשה פּראָנצא; אָבער אַזעלכע זאַכען האָט ער זיך ניט אינטערעסירט, סיידען ער פֿלעגט דאַרפֿען געהן אין טעאַטער אָדער אױיף אַ װואַזשנעם באַנקעט אפֿשר; און דאַן פֿלעגט ער אָנטאָן אַ שװוארצען פֿראַק מיט אַן אױיסגעבלױיזיטע, װוייסע מאַנישקע.

ער האָט אַבסאָלוט קײַנמאָל ניט געטראָגען קײַן שירעם. אפֿילו אין דעם גרעסטען רעגען ניט. קײַן געדולד ניט געהאַט.

אַ טעמפּעראַמענט האָט ער געהאַט אַ פֿײַערדינען; און אַ כאַראַקטער אַ הערישערישען. ער איז געװוען אַ הױיכער, אַ שלאַנקער, מיט אַ קרעפֿטינע, באַװועגליכע פֿיגור, מיט אַ אינטערעסאַנטען ברונעטען פּנים פֿון רעגעלמעסיגע געזיכטס-שטריכען, 288װועלכע האָבען אָנגעװויזען אױיף אַ שטאַרקען װוילען און נערװועזע ענערגיע.

איך האָב אױיבען געזאָגט, אַז מיר האָבען איהם געהאַלטען פֿאַר ניט קײַן סימפּאַטישען מענשען. אָבער װואָס האָבען מיר געװואוסט װועגען איהם און װואָס האָבען מיר געװואוסט פֿון מענשליכע כאַראַקטערען בכלל?

װוען איך דערמאַן זיך איצט װועגען קאַטעלניקאָװו'ען, פֿאַרדריסט מיר פֿאַרװואָס איך האָב זיך קײַנמאָל ניט געטראָפֿען מיט אימעצען װואָס װואָלט מיר געקענט געבען אײַנצעלהייטען פֿון זײַן נאַטור און פֿון זײַן לעבען. אַז ער איז ניט געװוען קײַן דרײַ-פֿאַר-אַ-גראָשענער טיף — אין דעם בין איך איבערצײַגט.

יהושע שטיינבערג, אונזער אינספּעקטאָר, איז באַקאַנט אַלס דער פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ דקדוק, אַלס פֿילאָלאָגישער פֿאָרשער, און אױיך אַלס שריפֿטשטעלער. אין דער העברעאישער װועלט פֿון די זיבעצינער און אַכציגער יאָהרען איז ער געװוען אײַנע פֿון די בולט'ע פֿיגורען.

די היינטיגע העברעאיסטען זײַנען אין די פֿילאָלאָגישע ערקלערונגען פֿון דער שפּראַך אַװועק אַ סך װוייטער װוי ער. ספּעציעליסטען אױיף דיזען ענין זאָגען מיר, צום בײַשפּיל, אַז שטיינבערג, האָט די אַראַבישע שפּראַך ניט געקענט, און אָהן דעם איז אַ גרינדליכע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער אָפּשטאַמונג פֿון העברעאישער װוערטער און מיט געשיכטע װוי דער לשון האָט זיך ענטװויקעלט, אונמעגליך. אַזױי איז דאָס אָנגענומ'ען בײַ די פֿילאָלאָגען פֿון אונזער צײַט. אױיף זײַנע פֿאַרשידענע ערקלערונגען זאָגט מען היינט, אַז זײי זײַנען פֿאַרעלטערט, צוריקגעשטאַנענע.

מיט פֿערציג-פֿופֿציג יאָהר צוריק אָבער האָט יהושע שטיינבערג רעפּרעזענטירט דאָס װויכטיגסטע און בעסטע װואָס אין דעם דערמאָנטען געגנשטאַנד איז דאַן אױיפֿגעטאָן געװוארען, און זײַן דקדוק האָט זיך גערעכענט פֿאַר דעם לעצטען װוארט פֿון דיזער װויסענשאַפֿט.

זײַן דקדוק האָט דאַן עקזיסטירט נאָר אין דעם רוסישען אָריגינאַל, און ער האָט איהם געלערענט מיט אונז מיט גרינד289ליכקייט און מיט ליבע. ער האָט מיט אונז אױיך געלערענט ישעיה — אַלץ אױיף רוסיש — אױיך פֿון אַ אײַגענעם װוערק, אַ געדרוקטען. און דיזע אוראָקלעך זײַנע האָבען זיך אױיך אױיסגעצײַכענט מיט טיפֿקײַט און מיט אַ װוארימען אינטערעס פֿון זײַן זײַט.

לערנענדיג מיט אונז פֿלעגט ער אימער מאַכען ענדערונגען אין זײַן אײַגענעם װוערק, און מיר פֿלעגען זײי צושרײַבען צו זײַנע געדרוקטע שורות.

זײַן יעדער אוראָק איז געװוען פֿול מיט ערקלעהרונגען, הויפּטזעכליך פֿילאָלאָגיש; אָבער אױיך אַזעלכע, װואָס זײַנען שייך צו היסטאָריע, געאָגראַפֿיע אָדער נאַטור-װויסענשאַפֿט.

ער איז געװוען אַ װויכטיגער לעהרער — אַ צו-װויכטיגער אײַגענטליך. זײַן ריכטיגער פּלאַץ איז געװוען אין אַן אוניװוערסיטעט. ער איז פֿון דער נאַטור איבערהױיפֿט געװוען מעהר אַ געלעהרטער װוי אַ לעהרער.

דער אמת איז אָבער, אַז װוען ער װואָלט געװוען דער פֿעהינסטער פֿעדאַגאָג אין דער װועלט, װואָלט זײַן אַרבייט מיט אונז געװוען פֿרוקטלאָז. מיר האָבען זיך ניט אינטערעסירט. און דאָס איז אַ צו מילדער אױיסדרוק. מיר האָבען זיך געשעהמט מיט דעם פֿאַקט, אַז מיר מוזען דאָס לערנען. מיר האָבען שטיינבערג'ס אוראָקען באַזוכט און אָפּגעפֿאַרטיגט ניט װוילענדיג.

אין מײַן קלאַס איז געװוען נאָר אײַן אױיסנאַהמע, אײַן שילער, װואָס האָט ליב געהאַט העברעאיש, געקענט די שפּראַך און זיך צוגעהערט צו שטיינבערג'ס אוראָקען און װוערטער מיט אינטערעס.

שטיינבערג איז אַזױ געװוען פֿאַרטיפֿט אין זײַן פֿילאָלאָגיע, און אַזױי צעטראָגען, אַז עס איז איהם לײַכט געװוען אָפּצונאַרען. בשעת דער שילער פֿלעגט פֿאַר איהם זאָגען דעם אוראָק, פֿלעגט ער, שטיינבערג, האַלטען זײַנע קורצזיכטיגע אױיגען אױיף זײַן טישעל, און אָפֿט גאָרניט הערען, װואָס יענער זאָגט. און אַז ער פֿלעגט יאָ הערען, פֿלעגט דער שילער אין דערהױיך לעזען 290פֿון דער געדרוקטער איבערזעצונג, און שטיינבערג פֿלעגט מיינען, אַז ער זאָגט דאָס אַלײַן. דאָס פֿלעגט טרעפֿען צװוייי-דרײַ מאָל אױיף יעדען אוראָק זײַנעם.

ער פֿלעגט אונז אַרױיסגעבען צו מאַכען איבערזעצונגען פֿון רוסיש אױיף העברעאיש. פֿלעגט פֿאַסירען דאָס פֿאָלגענדע: ער רופֿט אױיס אַ שילער, און יענער קומ'ט צו זום טישעל מיט זײַן איבערזעצונג. שטיינבערג קוקט דאָס דורך, פֿאַרריכט גרײַזען, מאַכט סתּם פֿאַרבעסערונגען, שטעלט אונטער דער איבערזעצונג אַװועק אַן „אַטמיעטקע", און שרײַבט זיך אונטער. דער שילער קערט זיך אום אױיף זײַן באַנק, און שטיינבערג רופֿט אױיס צו צװוייטען שילער. דער צװוייטער שילער האָט אָבער קײַן איבערזעצונג ניט צוגעפֿערטיגט. ער האָט געהאָפֿט, אַז אױיף דעם אוראָק פֿון העברעאיש װועט מען איהם היינט ניט אױיסרופֿען. װואָס-זשע טוט מען? כאַפּט ער דעם ערשטען שילער'ס העפֿט און טראָגט עס צום טישעל די איבערזעצונג, װואָס שטיינבערג האָט אָקאָרשט איבערגעקוקט. ער האַלט צו די העפֿט אַזױ, אַז די פֿרישע אַטמיעטקע מיט דעם לעהרער'ס אונטערשריפֿט פֿאַרשטעלט ער מיט די פֿינגער. אַזױ לייגט ער דאָס העפֿט, אַלץ האַלטענדיג די פֿינגער אױיפֿ'ן פּאַפֿיר. דער צוטראַגענער פֿילאָלאָג באַמערקט קײַן זאַך ניט. ער שטעלט זײַנע קורצזיכטיגע אױיגען אָן אױיף די שורות, מיט אײַן פֿינגער קלאַפֿט ער אױיף זײַן גרױיער װואָנצע, װוי זײַן שטייגער איז געװוען, און לעזט װוידער.

זײַנע אײַגענע ענדערונגען, װועלכע ער האָט געמאַכט מיט דרײַ מינוט פֿריהער, דערקענט ער איצט ניט. ער מאַכט אַ פֿאַר נײַע ענדערונגען; ער בײַזערט זיך אױיף דעם שילער פֿאַר אַ נײַעם גרײַז; זוכט אױיף דער זײַטעל אױיס אַ פֿריען פּלאַץ, שטעלט אַ נײַע „אַטמיעטקע", גאָר אַנדערע װוי פֿריהער, און שרײַבט װוידער אונטער זײַן נאָמען — אױיף אַנדער װוינקעל פֿון דעם בלאַט.

און װוען איך בין געװוען אין פֿערטען קלאַס, איז שטיינבערג קראַנק געװוארען אױיף אַ פֿוס, און איז אָפּגעלעגען אַ היבשע צײַט. װוען ער איז געקומ'ען צוריק צו אונז, האָט ער אַביסעל

יהושע שטיינבערג, לעהרער און אינספּעקטאָר אין דעם װילנער לעהרער-אינסטיטוט
יהושע שטיינבערג.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 290–291

291צוגעהונקען. אַרום דיזער צײַט איז אימיצער געשטאָרבען אין זײַן פֿאַמיליע.

אײַנמאָל, װוען ער איז געװוען אין אונזער קלאַס, האָט קאַטעלניקאָװו איהם אַרױיסגערופֿען אין קאָרידאָר. אַ שילער פֿון אַנדער קלאַס איז דאַן גראָד געװוען אױיפֿ'ן קאָרידאָר און ער האָט צוגעהערט דעם פֿאָלגענדען געשפּרעך:

— איך האָב אײַך אָנצוזאָגען אַ טרױיעריגע נאַכריכט — האָט דער דירעקטאָר געזאָגט אין אַ שפֿאַסיגען טאָן.

— די לעצטע צײַט בין איך אַזױ צוגעװואוינט געװוארען צו טרױיעריגע ערפֿאַהרונגען, אַז די ערנסטע נײַעס קען מיר שױין ניט איבעראַראַשען.

— עס איז אָנגעקומ'ען פֿאַר אײַך אַ נאַכריכט פֿון דעם הײַליגען סינאָד, אַז מען האָט אײַך באַשטימט אַ מתּנה פֿון 500 רובעל פֿאַר אײַער װוערטער-בוך, — האָט דער דירעקטאָר איהם דאַן ערקלעהרט.

דער װוערטער-בוך איז געװוען פֿון העברעאיש אױיף רוסיש, און ער איז ערשינען מיט אײַניגע מאָנאַטען פֿריהער. אַזױי װוי העברעאיש לערענט מען אין די גלחים-סעמינאַרען און אַקאַדעמיעס, איז דער בוך געװוען װויכטיג פֿאַר דעם „סינאָד" (דער מיניסטעריום איבער די קירכען).

אײַנער פֿון אונזערע שילער האָט אַמאָל ערהאַלטען אַ בריעף פֿון אַמעריקא. ער האָט געהאַט אַ פֿאַרהייראַטעטען ברודער אין באָסטאָן, און זײַן פֿרױי איז געװוען אַ געבאָרענע אַמעריקאַנערין, האָט זי צו איהר מאַן'ס בריעף צוגעשריבען אַ זײַטעל אױיף ענגליש. מיר זײַנען אַלע געװוען איבערצײַגט, אַז שטיינבערג קען פֿילע שפּראַכען. װועגען ענגליש איז בײַ אונז קײַן ספֿק ניט געװוען. אַלזאָ, האָט דער דערמאַנטער שילער איהם געגעבען איבערלעזען דעם באָסטאָנער בריעף. מיר זײַנען געװוען זיכער, אַז ער װועט איהם איבערגעבען דעם אינהאַלט גלייך אױיפֿ'ן אָרט. שטיינבערג האָט אָבער דעם בריעף אַרײַנגעלייגט צו זיך אין קעשענע און צוגעזאָגט אױיף מאָרגען צו ברײַנגען די איבערזעצונג. מיר זײַנען געװוען שטאַרק ענטוישט. צי דען 292מוז ער האָבען װוערטער-ביכער און צײַט אױיסצוגריבלען די בעדײַטונג פֿון אַ פֿאַר צעהנדליג ענגלישע שורות?

צװוישען די בעסערע לעהרער האָב איך אַרײַנגערעכענט לאַװוראָװו'ען, דעם לעהרער פֿון נאַטור-װויסענשאַפֿט און פֿיזיק. ער האָט זיך מיט זײַנע געגענשטאַנדען אינטערעסירט, און ער האָט זײי אונז געלערענט אױיף די נײַסטע װועגען, װואָס האָבען דאַן עקזיסטירט. איך גלױיב ניט, אַז ער האָט געהאַט באַזונדערע פֿעהינקייטען בכלל און אַלס לעהרער בפֿרט. דאָך האָט ער אונז אין געװויסע באַציהונגען געבראַכט גרױיסע נוצען: צום בײַשפּיל: ער האָט אונז עטליכע מאָל געפֿיהרט אונטער'ן שטאָדט, געװוויזען געװויסע פֿלאַנצונגען, אָנגעצײַט אױיף זײַערע פֿאַרשידענע טיילען, און אונז אַלץ געגעבען צו פֿאַרשטעהן.

אָהן אַזעלכע „עקסקורסיעס" איז באַטאַניק אַ לאַנגװוייליגער געגענשטאַנד. מיט זײי האָט ער איהר פֿון טויט לעבעדיג געמאַכט. נאָך יעדען שפּאַציר אַזעלכען פֿלעגען מיר גאַנצע טעג פֿאַנאַנדערגלידערען קװוייטעלעך, באַסקוקען זײי, קוקען אין ביכעל, לעזען אין אַנדערע ביכער װועגען דעם ענין. לײַדער אָבער האָבען אַזעלכע װויסענשאַפֿטליכע שפּאַציערען שטאַטגעפֿונען נאָר אַ פֿיער-פֿינף מאָל. די אַלגעמיינע אונטערריכט-סיסטעם איז ניט געװוען צוגעפֿאַסט צו זײי.

לאַװוראָװו איז אָנגעקומ'ען צו אונז דירעקט פֿון אוניװוערסיטעט. און ער האָט נאָך אױיסגעזעהן װוי אַ סטודענט. אַ הױיכער, אַ דאַרער, מיט װוייכע, לאַנגע, בלאָנדע האָר, װואָס זײַנען שעהן געפֿאַלען פֿון בײַדע זײַטען קאָפּ איבער'ן שטערן. האָט ער אױיך אונז געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ ראַדיקאַלען סטודענט. און אין אמת'ן איז ער דאַן טאַקע געװוען אַביסעל אָנגעשטעקט מיט די „נײַע אידעען". ער האָט זאָגאַר געשריבען אָהן דעם בוכשטאַב „טװוערדי זנאַק". דער בוכשטאַב איז אַ גאַנץ איבעריגער, און ראַדיקאַלע יונגעלייט האָבען זיך געװואוינט אױיסצוקומ'ען אָהן איהם. אַלזאָ, האָט מען דאָס געהאַלטען פֿאַר אַ סמן פֿון „קראַמאָלאַ".

פֿאַרװואָס דאָס האָט לאַװוראָװו'ען ניט געשאַדט צו זײַן 293קאַרריערע, איז פֿאַר מיר אַ רעטעניש. עס איז זעהר מעגליך, אַז טראָץ זײַן „ראַדיקאַליזם", איז ער געװוען אַ געװוענהליכער טשינאָװוניק, און אַז פֿערזענליך האָט ער אױיף נאַטשאַלסטװוא געמאַכט אַן אײַנדרוק אַלס אַ „טרײַ-אונטערטעניגער" בעאַמטער. איך גלױיב, אַז ער איז געװוען אַ כאַראַקטערלאָזער מענש. מיט די „טװוערדי זנאַקען" האָט ער יעדענפֿאַלס באַלד שלום געמאַכט.

קײַן אונסימפּאַטישער איז ער אָבער ניט געװוען. ער האָט עהרליך געאַרבייט אונז צו געבען אַ ריכטיגע ערציהונג אין זײַן אַפּטיילונג. מיט זײַן שמייכעל, מיט זײַן אַלגעמיינעם אױיסזעהן און מיט זײַנע מאַניערען איז ער געװוען פֿון דעם סאָרט װואָס געפֿעלט אַלעמען. ער האָט געהאַט חן בײַ אונז, און ער האָט געהאַט חן בײַ די לעהרער און בײַ דעם דירעקטאָר. דאָס איז מסתּמא געװוען אײַנע פֿון די אורזאַכען פֿאַרװואָס מען האָט זײַנע ניט-געפֿעהרהליכע „עבֿירות" קײַן אױיפֿמערקזאַמקייט ניט געשאָנקען.

די גרעסטע צאָהל אוראָקען האָט אונז געגעבען אַ לעהרער מיט'ן נאָמען דאָדיקין — דער לעהרער פֿון רוסיש און פֿעדאַגאָגיק. אונטער דעם נאָמען „רוסיש" האָט מען אַרײַנגערעכענט עטליכע געגענשטאַנדען, װואָס זײַנען פֿאַרבונדען מיט דער רוסישער שפּראַך, װוי צום בײַשפּיל, סלאַװויאַניש — די מוטער פֿון רוסיש, — טעאָריע פֿון ליטעראַטור, געשיכטע פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. דאָס אַלץ האָט אונז געלערענט דאָדיקין.

אױיף דער רוסישער שפּראַך גופֿא האָט מען אונז געגעבען מעהר שטונדען װוי אױיף אַלע אַנדערע ענינים — פֿיעל מעהר װוי מען האָט געגעבען די שילער פֿון די גימנאַזיעס אָדער רעאַל-שוהלען. דער צװועק איז געװוען „איבערצוברעכען אונזער צונג", און אײַנצופֿלאַנצען אין אונז דעם הערשענדען לשון אַזױ גרינדליך װוי מעגליך. מיט'ן לערנען אױיף אױיסװוייניג האָט מען געמיינט צו ענטװויקלען אונזער זכרון. אָבער דער ספּעציעלער צװועק איז דערבײַ געװוען צו פֿאַרבעסערען אונזער רוסישע אױיסשפּראַך.

די גאַנצע פֿיער יאָהר, צום בײַשפּיל, האָבען מיר געמוזט 294לערנען געדיכטען אױיף אױיסװוייניג. אַלע טאָג אַזױ. דאָדיקין פֿלעגט נעמען פּושקין'ס אַ באַריהמטע פּאָעמע, און יעדען טאָג אונז „אױיפֿגעבען" אַ געדרוקטע זײַטעל. אױיף דיזען אַרט האָבען מיר אױיסגעלערענט אױיף אױיסװוייניג דעם גאַנצען „יעװוגעני אָניעגין", „פּאָלטאַװוא", „באַכטשיסאַראַיסקי פֿאָנטאַן", און אָהן אַ צאָהל קלענערע פּאָעמען.

דאָס האָט מען גערעכענט פֿאַר אַ גוטען מיטעל בײַ אונז אײַנצושטעלען אַ ריכטיגע רוסישע „פּראָנונשעניע".

די פֿליכט אױיסצולערנען פּאָעמעס אױיף אױיסװוייניג האָבען מיר אַלע פֿײַנט געהאַט, אפֿילו די װואָס האָבען געהאַט אַ גוטען לײַכטען זכרון דאָס אױיך געהאַלטען פֿאַר אַ לאַסט. און דאָדיקין איז געװוען זעהר שטרענג צו אונז. מיר האָבען פֿאַר איהם מורא געהאַט מעהר װוי פֿאַר אַלע אַנדערע לעהרער, אױיסער קאַטעלניקאָװו'ען, און מיר פֿלעגען איהם שטענדיג קריטיקירען צװוישען זיך. פֿון זײַן אַרט לערנען אונז ליטעראַטור, סלאַװויאַנישע גראַמאַטיק אָדער פֿעדאַגאָגיק, פֿלעגען מיר אָפּפֿלאַכען.

אָפֿטער פֿון אַלץ פֿלעגט ער די שילער באַשולדיגען, אַז זײי ריידען געװויסע בוכשטאַבען אױיס צו האַרט. ער פֿלעגט שרײַען: „מיאַכטשע! מיאַכטשע! (װוייכער! װוייכער!). און דערבײַ פֿלעגט זײַן געזיכט אױיסדריקען אונגעדולד און כעס.

דאָס רוב פֿלעגט דער שילער ניט פֿאַרשטעהן װואָס ער מיינט. אַן אױיסשפּראַך איז אײַנגעװואורצעלט כּמעט פֿון געבאָרענשאַפֿט. און מיר פֿיהלען גאָרניט צי מיר ריידען האַרט אָדער װוייך. װוען דאָדיקין װואָלט אונז געװוויזען אין װואָס עס באַשטעהט דער אונטערשיד צװוישען דעם װוארט „טשאַי", למשל, װוי ער זאָגט איהם אַרױיס, און װוי מיר זאָגען איהם אַרױיס, װואָלט אונז לײַכטער געװוען זיך צו פֿאַרבעסערען, דאָס האָט ער אָבער ניט געטאָן. ער פֿלעגט נאָר שרײַען „מיאַכטשע!", און מיר האָבען ניט געקענט באַגרײַפֿען מיט װואָס זײַן „טשאַי" איז דאָס װוייכער װוי אונזערער.

און װוען מיר פֿלעגען צװוישען זיך ריידען װועגען דאָדיקין'ען און אָפּפֿלאַכען פֿון איהם, פֿלעגען מיר איבערקרימען זײַן „מיאַכטשע! מיאַכטשע!".

295דאָך האָבען מיר זיך בײַ איהם פֿיעל אױיסגעלערענט, און מיר פֿלעגען זיך באַריהמען, אַז מיר ריידען רוסיש בעסער װוי די אידישע גימנאַזיסטען.

ער איז געװוען אַ ברונעט, מיט שװוארצע האָר און „באַקענבערד", מיט אַ גלייכע פֿיגור און אַ שטאָלצע פּאָכאָדקע. ער האָט געטראָגען העל-בלױיע ברילען, און דער ברונעטער קאָליר פֿון זײַן הויט האָט אױיך פֿאַרטראָגען אין אַ בלױיקייט. ער איז געװוען אַ שעהנער מאַנסביל פֿון אַ יאָהר דרײַסיג. אין שטאָדט האָט ער געהאַט אַ שם פֿאַר אַ „קראַסאַװועץ".

צו דערזעלבער צײַט, װואָס ער האָט געלערענט מיט אונז, האָט ער געגעבען אוראָקען אין דער מיידעלשער גימנאַזיע אױיך, און מען פֿלעגט דערצעהלען, אַז פֿיעל פֿון זײַנע שילערינס זײַנען פֿאַרליבט אין איהם. אַ מיידעל איז גענײַגט זיך צו פֿאַרליבען אין איהרען אַ לעהרער (אָדער אַ גלח), אפֿילו װוען ער איז ניט קײַן שעהנער; אָבער ער האָט באַזיגט אַ סך מעהר הערצער װוי די אַנדערע לעהרער פֿון דער מיידעלשער גימנאַזיע.

דער לעהרער פֿון געשיכטע איז נאָך אַרלאָװוסקי'ן צוערשט געװוען אײַנער טורצעװויטש, אַ הױיכער, אַ פֿאַרשלאָפֿענער. ער פֿלעגט האָבען אַ געװואוינהייט אַרײַנצולייגען זײַן זייגער אין מויל, און אַזױ אַרומגעגאַנגען הין און צוריק איבער'ן קלאַס-צימער, װוי אַ פֿאַר'חלום'טער. מיר האָבען איהם געהאַלטען פֿאַר אַ „גוטען" לעהרער. דאָס הייסט, ער איז ניט געװוען קײַן שטרענגער.

ער איז אַװועק, און אױיף זײַן פּלאַץ איז אָנגעקומ'ען אַ לעהרער מיט'ן נאָמען פּראַװאָסודאָװויטש — אַ לעבעדיגער און אַ שטרענגערער, װוי טורצעװויטש. אױיך איז ער געװוען קלענער געװואקסען װוי טורצעװויטש, אַ גוט-אָפּגעקאָרמעטער, אַ בלאָנדער, מיט אַ קלוגען שמייכעל אױיף זײַן לעבעדיגען פּנים. ער איז געװוען ניט קײַן אונפֿעהינער מענש, אָבער היסטאָריע האָט ער מיט אונז געלערענט אױיפֿ'ן קאַזיאַנעם שטייגער.

װואָהל, דער צװוייטער לעהרער אױיף אידישע געגענשטאַנדען, האָט מיט אונז געלערענט אידישע געשיכטע, תּהלים, קאַטעכיזם 296(פּרינציפּען פֿון דער אידישער רעליגיע), „מורה נבֿוכים" און נאָך אַ װוערק פֿון רמב"ם — איך געדענק שױין ניט װועלכע.

אָפֿט, װוען איך דערמאָן זיך אָן איהם, דערמאָן איך זיך אױיך אָן פּאַראָװואַסאָדאָװויטש'ען. װואָהל האָט געהאַט אַן עכט-אידישען פּנים, מיט אַ געדיכטע, שװוארצע באָרד, װועהרענד פּאַראָװואַסאָדאָװויטש האָט געהאַט אַ רוסישע, אָדער אפֿשר אַ רוסיש-פּױילישע, געזיכט, מיט העלע האָר און אַ העלע בערדעל. אָבער אױיגען האָבען זײי בײַדע געהאַט כיטרע-קלוגע, און די פֿיגורען זײַנען בײַ בײַדע געװוען נידעריגער װוי מיטעלמעסיגע און גוט-געשפּייזיגטע. בײַדע זײַנען געװוען ניט קײַן נאַראָנים, און ניט קײַן טעמפּע מענשען; און בײַדע האָבען געשיינט צו זײַן באַלעזען; און דאָך האָבען זײי בײַדע מיט אונז געלערענט אױיף דעם געװוענהליכען קאַזאַרמע-שטייגער.

קײַן געדרוקטע אידישע געשיכטע איז אױיף רוסיש נאָך דאַן ניט געװוען; האָט װואָהל פֿון דײַטשע קװואַלען צוזאַמענגעשטעלט אַ געשריבענעם לעהר-בוך איבער דעם געגענשטאַנד.

זײַנע „זאַפּיסקעס" (געשריבענע אוראָקען) פֿלעגען מיר איבערשרײַבען איינער בײַ דעם אַנדערען, דאָס הייסט בײַ די, װואָס האָבען דעמזעלבען אוראָק געלערענט פֿון יאָהר צו יאָהר. יעדען אוראָק פֿלעגען מיר איבערשרײַבען און „אױיסזובערעװוען". און װוען אימיצער האָט אַמאָל געטראָפֿען זאָגען אַ שטיקעל מיט זײַנע אײַגענע װוערטער, פֿלעגט װואָהל װוערען אין כעס.

כּמעט יעדער פֿון אונז האָט געהאַט זײַנע אײַגענע „זאַפּיסקעס". איך בין צוערשט געװוען איינער פֿון די אױיסנאַהמען. איבערשרײַבען, קאָפּירען איז ניט קײַן אינטערעסאַנטע באַשעפֿטיגונג. אַלזאָ, האָב איך דאָס אַלץ אָפּגעלענט און אָפּגעלייגט.

און װוען איך בין אַריבערגעגאַנגען פֿון צװוייטען קלאַס אין דריטען, אין דער װואַקאַציע צײַט, האָט מײַנער אַ פּריװואַט שילער מיר פֿאַרגעשלאָגען דאָס צו טאָן פֿאַר מיר. זײַן נאָמען איז געװוען האַלפּערין, און ער איז געװוען זעהר אַ סימפּאַטישער און אינטערעסאַנטער אינגעל. איך האָב איהם געגעבען אוראָקען אין די פֿרײַע מאָנאַטען, און דורך דעם זײַנען מיר צוגעבונדען 297געװוארען אײַנער צום אַנדערען. ער פֿלעגט שרײַבען מיט גרױיסע, קלאָרע, דײַטליכע בוכשטאַבען. אַלזאָ, האָב איך זײַן פֿאַרשלאָג אָנגענומ'ען מיט פֿאַרגעניגען. און אַז כ'האָב שױין געהאַט אײַגענע „זאַפּיסקעס", האָב איך זיך שױין פֿאַר דער זאַך גענומ'ען װוי עס באַדאַרף צו זײַן (װוי מײַן טבע איז געװוען כּמעט אין אַלע).

איך האָב געקויפֿט קרינען אין ראָדין'ס קראָם, בין אַרײַן צו אַן אײַנבינדער און דאָס געלאָזען אײַנבינדען אין אַ שטאַרקען, גוטען, שעהנעם בונד. אין דעם דאָזיגען בוך האָב איך אַרײַנגעשריבען די אַלע „זאַפּיסקעס" װואָהל'ס, ניט נאָר פֿון די ערשטע צװוייי קלאַסען, נאָר אױיך פֿון די נעקסטע צװוייי.

פֿון די אַנדערע געגענשטאַנדען, װועלכע װואָהל האָט מיט אונז געלערענט, שטעהט תּהלים אין מײַן זכרון אַם'בולט'סטען. מיר האָבען געהאַט גרױיסע ברײַטע תּהלים'ס, מיט דעם אָריגינאַל אױיף אײַן זײַט און דער רוסישער איבערזעצונג אױיף דער אַנדערער. דעם תּהלים פֿלעגט ער פֿאַר אונז פֿאָרלעזען, פֿאַרטײַטשען און ערקלעהרהען. מיר פֿלעגט זיך אָבער דוכטען, אַז יעדער קאַפּיטעל איז אַ מיש-מאַש פֿון װוערטער, װואָס קלעבען זיך ניט אײַנער צום אַנדערען.

ער האָט זיך אַלץ געקליבען זײַנע „זאַפּיסקעס" צו דרוקען. ער האָט אָבער געהאַט װוייניג ענערגיע. אײַדער ער האָט זיך צוגעקליבען, האָט אַן אַנדערער אָפּגעדרוקט אַ אידישע געשיכטע מיט רוסיש, און דערבײַ האָט ער גאַנץ ברײַט באַנוצט מיט װואָהל'ס „זאַפּיסקעס". יענער איז געװוען אַ לעהרער אין דער נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע, און װועלכע איז געװוען פֿאַרבונדען מיט אונזער אינסטיטוט. אַלזאָ, האָט װואָהל איהם אָנגעקלאָגט פֿאַר'ן דירעקטאָר, און דער רעזולטאַט איז געװוען אַ קאַלעגע-געריכט. װואָהל האָט אין דער געדרוקטער היסטאָריע אָנגעװויזען אױיף גאַנצע זײַטלעך, װואָס זײַנען געװוען כּמעט װוערטערליך גענומ'ען פֿון זײַנע „זאַפּיסקעס".

אין זײַן פֿאַרטיידיגונג האָט דער אָנגעקלאָגטער ערקלעהרהט, אַז ער האָט די „זאַפּיסקעס" געלעזען, און די אַנגעװוויזענע שטעלען זײַנען מסתּמא פֿאַרבליבען אין זײַן זכרון אָהן זײַן באַװואוסטזײַן.

298די זיצונגען פֿון דעם געריכט זײַנען פֿאָרגעקומ'ען אין אײַנעם פֿון די קלאַס-צימערען. װוען די ריכטער האָבען אָנגעפֿאַנגען זײַער בעראַטונג, איז װואָהל און דער אָנגעקלאָגטער אַרױיס אין קאָרידאָר. איך געדענק װוי מיר האָבען געקוקט װוי זײי געהען אום הין און צוריק, אױיפֿגערעגטע, אױיסמיידענדיג ניט צו קומ'ען נאַהענט אײַנער צום אַנדערען.

געענדיגט האָט זיך דער פּראָצעס, װוי דאָס רוב אַזעלכע פּראָצעסען ענדיגען זיך: מען האָט דעם אָנגעקלאָגטען ניט געװואלט רואינירען, און מען האָט די געשיכטע פֿאַרגלעט מיט אַ קאָמפּראָמיס.

װואָהל האָט דאַן ענדליך זיך גענומ'ען צו דער אַרבייט, אַז זײַנע „זאַפּיסקעס" צוצופֿערטיגען צום דרוקען. דער בוך איז ערשינען, װוען איך בין שױין ניט געװוען אין רוסלאַנד.

איך האָב באַמערקט, אַז װואָהל איז געװוען אַ באַלעזענער מענש. אָפֿט, זאָגענדיג דעם אוראָק פֿאַר אונז, פֿלעגט ער צוגעבען אינטערעסאַנטע אײַנצעלהייטען, אָדער מאַכען באַמערקונגען, װועלכע זײַנע „זאַפּיסקעס" האָבען ניט ענהאַלטען. דאָס האָט איהם אָבער ניט געשטערט צו פֿאָדערען אַז מיר זאָלען זײַנע „זאַפּיסקעס" לערנען װוארט-אײַן-װוארט אױיף אױיסװוייניג.

אַמאָל, אין אַן אוראָק, אין װועלכען עס זײַנען דערמאָנט געװוארען די כּלים פֿון דעם בית המקדש, װוי מען האָט זײי געפֿיהרט אין טיטוס'עס זיעגעס-פּראָצעסיעס, האָט ער באַמערקט:

— אין רום שטעהט עד היום דער דענקמאָל, װואָס מען האָט אַװועקגעשטעלט לכבֿוד טיטוס'עס זיעג, און אױיף איהם זײַנען אױיסגעקריצט די דאָזיגע כּלים. אױיף דיזען אַרט װוייס מען װוי זײי האָבען אױיסגעזעהן.

די באַמערקונג האָט אױיף מיר געמאַכט אַ טיפֿען אײַנדרוק. פֿון דאַמאָלס אָן האָב איך געגאַרט צו זײַן אין רום.

רוסיש האָט װואָהל גערעדט מיט אַ פֿײַנער ליטעראַרישער שפּראַך, אָבער מיט אַ ליטװויש-אידישער אױיסשפּראַך. און װוען ער פֿלעגט דערהערען אַ אידישען װוארט פֿון אַ שילער, פֿלעגט ער זיך געבען אַ כאַפּ, אַזױי װוי פֿון װוייטאָג, פּונקט װוי מען װואָלט געזאָגט אַן אונאַנשטענדיגע זאַך.

299אַלס צװוייטער לעהרער אױיף מאַטעמאַטיק, אונטער קאַטעלניקאָװו'ען, איז געװוען אַ רום מיט'ן נאָמען אײַװואַן אַנדרעיעװוויטש זיוזיוקין (מאַרעל איז אַװועק װוען איך בין אַריבערגעגאַנגען אין צװוייטען קלאַס). אין יאָהרען איז ער געװוען דער עלטסטער פֿון אַלע לעהרער. ער האָט געמוזט זײַן אַ יאָהר פֿופֿציג, און אפֿשר מעהר. ניט קײַן הױיכער, אײַנגאַנצען אַרומגעגאָלט, אָהן װואָנצעס, זעהר אַ העפּליכער, מיט אַ שמייכעל אױיף זײַן געגאָלטען פּנים, האָט ער געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ טשינאָװוניק פֿון פֿריהערדיגע דורות. ער פֿלעגט מיט אונז אַרױיסרופֿען אַ געמישטען געפֿיהל פֿון ליבע און שפֿאַס. און דער שפּאַט איז געװוען טיילװוייז פֿאַרבונדען מיט דעם קלאַנג פֿון זײַן נאָמען, װוארים „זוזיזין" איז אַן אָנצוהערענ'יש אױיף „שכּור".

װוען ער פֿלעגט זיצען בײַ זײַן טישעל און קוקען אין זשורנאַל, און דאַן פֿון דעם זשורנאַל אױיפֿהויבען זײַנע אױיגען, פֿלעגט אײַן אױיג אױיסזעהן אַ סך גרעסער װוי די אַנדערע.

און אַז אַ שילער פֿלעגט ניט װויסען זײַן אוראָק, פֿלעגט זוזיזין מאַכען אַזאַ טרױיעריגען פּנים, אַז עס פֿלעגט זיך אונז װועלען לאַכען. זײַן טרױיעריגער פּנים פֿלעגט אַמאָל שמעקען מיט אַ שלעכטער „אַטמיעטקע", אָבער ניט אימער.

אין אַלגעמיין קען מען זאָגען, אַז ער איז געװוען אַ ליבלינג בײַ אונז.

אײַנמאָל האָבען מיר זיך דערװואוסט װוען זײַן געבורטסטאָג איז און מיר האָבען איהם צוגעגרייט אַ סורפּריז. יענעם טאָג, װוען ער איז אַרײַנגעקומ'ען אין קלאַס, האָבען מיר זיך אױיפֿגעשטעלט און אױיסגעשריען אין כאָר: „מיר באַגריסען אײַך מיט אײַער געבורטס-טאָג, אױיװואַן אַנדרעיעװוויטש!" פֿון אַנגענעהמער איבעראַשונג איז ער געװוארען רויט װוי אַ בוריק. ער האָט זיך גענײַגט אַהין און אַהער, אפֿשר צעהן מאָל. דערבײַ האָט ער באַמערקט מיט אַ שמייכעל:

— די יאָהרען געהען ניט צוריק. שױין דער 47טער געבורטס-טאָג.

אין אַ יאָהר אַרום, דעמזעלבען טאָג, האָט זיך די סצענע װוידערהאָלט. מיר האָבען איהם באַגריסט מיט זײַן געבורטס-300טאָג; ער האָט זיך גענײַגט און געדאַנקט אונז. דערבײַ האָט ער אַזױ געזאָגט:

— יאָ, די יאָהרען געהען ניט צוריק! פֿאַר-אַ-יאָהרען בין איך געװוען 46 און היינט שױין 47!

בײַ אונז האָט זיך אָנגעקליבען אַ גאַנצער זשאַרגאָן פֿון שפּאַסיגע װוערטלעך און פֿראַזען, װועלכע זײַנען געשאַפֿען געװוארען פֿון אונזער אינסטיטוטישען לעבען, און די דאָזיגע באַמערקונג זוזיזין'ס איז געװוען אײַנע פֿון זײי. װוען מיר האָבען געפֿיהלט אַז אַ שילער זאָגט אַ ליגען, פֿלעגען מיר אױיסשרײַען:

— יאָ! פֿאַר-אַ-יאָהרען 46 און היינט שױין 47!

דער לעהרער פֿון מוזיק איז געװוען די װויכטיגסטע פֿיגור אין דער מוזיקאַלישער װועלט פֿון װוילנא. ער איז געװוען דער קאַפּעלמייסטער פֿון דעם אָרקעסטער אין דעם װוילנער טעאַטער, און אַן אײַנגעהער בײַ דעם גענעראַל-גובערנאַטאָר און בײַ דער גאַנצער קריסטליכער אַריסטאָקראַטיע פֿון שטאָדט. דעם אידישען עולם האָט זיך כּמעט ניט געגלױיבט, אַז ער איז געבליבען אַ איד. רוסיש האָט ער אָבער גערעדט שלעכט, און מיט אַ שטאַרקען אידישען אַקצענט. און אַ פּנים האָט ער געהאַט אַן עכט-אידישען.

זײַן נאָמען איז געװוען עבאַן, און זײַנע עלטערען זײַנען געװוען קאַװוונער אידען.

ער איז געװוען ניט קײַן הױיך געװואקסען און האָט געהאַט אַ געל-דונקעלען פּנים, שװוארצע האָר און שװוארצע באַקען-בערד. איבעריג שעהן איז ער ניט געװוען. ער האָט זיך אָבער אַזױ געפּוצט, אַז מען האָט איהם כּמעט געהאַלטען פֿאַר אַ שעהנעם יונג.

אין די הױיכע פֿענסטער האָט מען איהם באַדאַרפֿט האָבען צוליב זײַן מוזיק. און אױיך אַ מוזיקער פֿלעגט מען דאַרטען קומ'ען װוי אױיף אַ מין פּורים-שפּילער. אין אַזאַ ראָלע איז אַ איד אױיך גוט. עבאַן פֿלעגט זיך אָבער האַלטען אַזױי װוי 301מען װואָלט איהם אַהין געגרופֿען צוליב איהם אַלײַן, גלייך װוי ער װואָלט געװוען אַ גראַף אָדער אַ הױיכער גענעראַל.

פֿון טעאַטער און פֿון פֿריװואַטע קאָנצערטען האָט ער געהאַט אַ פֿײַנעם אײַנקונפֿט, און ער האָט געלעבט טאַקע װוי אַ גראַף. װואָס פֿאַר אַ אינטערעס ער האָט געהאַט צו לערנען אידישע אינסטיטוטשיקעס זינגען, װוייס איך ניט גענוי. מיר דאַכט אָבער, אַז דער „פּאָפּעטשיטעל" (דער הויפּט איבער די בילדונגס-אַנשטאַלטען פֿון די זעקס גובערניעס פֿון װועלכע װוילנא איז געװוען די הויפּט-שטאָדט), האָט איהם געבעטען, אַז ער זאָל די שטעלע אָננעמ'ען.

אין די מוזיק-אוראָקען האָבען די אינגלאך פֿון דער נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע אנטײל גענומ'ען צוזאַמען מיט די שילער פֿון די פֿיער קלאַסען אינסטיטוט. אױיף דיזען אַרט האָבען מיר געהאַט אַ כאָר פֿון פֿיער-ערלייי שטימען: דיסקאַנטען, אַלטען, טענאָרען און באַסען — צוזאַמען בײַ אַכציג-נײַנציג זינגער. אַזױ װוי די שילער פֿון פֿערטען קלאַס זײַנען געװוען פּראַקטיקאַנטען אין דער נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע, איז אױיסגעקומ'ען אַז זײי האָבען זיך געלערענט זינגען מיט זײיערע תּלמידים אינאיינעם.

עבאַן איז געװוען אַן אױיסגעצייכענטער כאָר-דיריגענט און אָרגאַניזאַטאָר, און ער האָט בײַ אונז אױיסגעאַרבייט אײַנע פֿון די בעסטע געזאַנג-אָרגאַניזאַציעס אין די זעקס גובערניעס. אַלס לעהרער אָבער האָט ער געהאַט צו װוייניג געדולד.

אָפֿט, װוען אַ שילער פֿלעגט נעמען אַ פֿאַלשען טאָן, פֿלעגט ער מאַכען אַזעלכע גרימאַסען, אַז מען האָט געמענט הערען איבער'ן גאַנצען הויף. דעם שולדינען פֿלעגט ער זידלען אױיף אַ קאַמישען אופֿן. אַמאָל, צום בײַשפּיל, האָט ער צו אַ שילער פֿון פֿערטען קלאַס גענומ'ען שרײַען: „איך װועל אײַך אָנכאַפּען פֿאַר אײַער לאַנגען נאָז און אײַך שלעפּען איבער'ן גאַנצען זאַל". און דעם אומגליקליכ'ענ'ס תּלמידים פֿון דער נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע האָבען דאָס געהערט.

בײַ אַזעלכע סצענעס פֿלעגט עבאַן'ס קאַמישער רוסיש קלינגען נאָך קאַמישער װוי געװוענהליך.

302אַלס מוזיקער איז ער אפֿשר געװוען צו גוט פֿאַר אונז.

ער האָט מיט אונז געזונגען רוסישע פֿאָלקס-לידער און צאַריש-פּאַטריאָטישע געזאַנג, װוי „באָזשע צאַריא קראַני", „קאָל סלאַװוען", „סלאַװוסיאַ". די נגונים זײַנען שעהן, הויפּטזעכליך פֿון די פֿאָלקס-לידער. ניט אומיסט זײַנען זײי געװוארען פּאָפּולער איבער דער גאַנצער ציװוילזירטער װועלט.

נאָר אַ פֿאַר מאָל האָט ער געמאַכט אױיסנאַהמען. פֿון דיזע איז בײַ מיר אין מוח פֿאַרבליבען אַ נגון צו לערמאָנטאָװו'ס װואונדערבאַרענ'ע געדיכט:

„איבער'ן הימעל, אין מיטען נאַכט, איז אַ מלאך געפֿלױיגען, און אַ שטילע ליעד האָט ער געזונגען..."

עבאַן האָט זיך פֿיעל אָנגעמאַטערט אײַדער ער האָט אונזער כאָר אױיסגעלערענט דאָס צו זינגען װוי ער האָט געװואָלט. הויפּטזעכליך האָט ער געהאַט צרות מיט אַ געװויסע שטעלע, מיט אַ האַלבען טאָן. עס איז אַלץ אַרױיסגעקומ'ען גרילצעדריג; די פֿאַרשידענע שטימען איז געװוען שװוער זיך צוזאַמענצוזינגען. ער האָט געלאַיאַרמט, געשטורעמט, געמאַכט משוגענע סצענעס, ביז ער איז ענדליך בײַגעקומ'ען אַלע שװוערינקייטען, און מיר האָבען דעם דעליקאַטען נגון געזונגען אמת שעהן.

אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך פֿלעג דעם נגון נאָך איבערזינגען אין מײַן געדאַנקען און זיך דערמאַנען װוי ער האָט דאָס אונז געלערענט, האָב איך געפֿיהלט, אַז ער האָט די פּאָעטישע װוערטער צוזאַמען מיט דער מוזיק באַגריפֿען מיט אַ קינסטלערישען געשמאַק.

קײַן אידישע לידער האָט מען בײַ אונז ניט געזונגען. אַזעלכע זאַכען האָבען זיך דעמסטמאל אפֿילו קײַנעם ניט גע'חלום'ט. ניט נאָר אַזאַ טיפּ װוי עבאַנ'ע, נאָר אפֿילו אַ אינטעליגענטען אידען, װואָס האָט זיך צו נאַטשאַלסטװוא ניט גע'חנפֿ'עט און פֿון אידען ניט געװויכט, אױיך ניט.

איך האָב געזאָגט, אַז אין דער מוזיק װועלט פֿון אונזער שטאָדט איז עבאַן געװוען די װויכטיגסטע פֿיגור. װוי הױיך ער איז אין זײַן פֿאַך געשטאַנען אין דער װוירקליכקייט, װוייס איך ניט. ער האָט זיך געלערענט אין אַ קאָנסערװואַטאָריום, און ער 303איז געװוען זעהר מוזיקאַליש. װועגען דעם קען קײַן צװוייפֿעל ניט זײַן.

ער האָט זיך ספּעציאַליזירט אַלס פֿידעל-שפּילער; און װוען ס'פֿלעגט פֿאַרקומ'ען אַ װויכטיגער קאָנצערט מיט אַ פֿילאַנטראָפֿישען צװועק, אין װועלכען די הויכע נאַטשאַלסטװוא איז געװוען פֿאַראינטערעסירט, פֿלעגט ער אָנטײיל נעמ'ען מיט זײַן פֿידעל. אױיב זײַן שפּילען װואָלט געהאַט עפּעס אַ באַדײיטונג אין אַ גרעסערע שטאָדט, קען איך ניט זאָגען. װוארשײַנליך ניט.

איך האָב איהם עטליכע מאָל געזעהן אין דעם װוילנער טעאַטער. װוען די לאָזשען און דער פּאַרטער האָבען געבליטשטשעט מיט מיליטערישע עפּאָלעטטען און קנעפּ, מיט קלאָהר-װוייסע מאַנישקעס און מיט דעקאָלטירטע דאַמען, און ער פֿלעגט זיך באַװוייזען, אַרױיסקריכען אױיף דעם הױיכע קאַפּעל-מײַסטער שטוהל, אַ מאַך-טאָן מיט'ן שטעקעלע, און דער אָרקעסטער פֿלעגט נעמ'ען שפּילען, — פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז ער איז דער הערשער פֿון װוילנא.

דער לעהרער פֿון ריסעװוען איז געװוען מײַן אַלטער פֿריינד ריעזאַנאָװו, פֿון דער צייכענונג-שוהל. זײַנע אוראָקען זײַנען געװוען ניט מעהר װוי אַ צערעמאָניע. ער פֿלעגט מײַסטענס זיך אַװועקזעצען אױיף דעם שילער'ס פּלאַץ, און איהם אױיפֿמאַהלען די גאַנצע פֿיגור, אױיף װועלכער יענער האָט זיך געמאַטערט. דאָס האָט געהייסען, אַז ער „פֿאַררריכט" איהם זײַן אַרבייט און װוייזט איהם װוי מען דאַרף צייכענען.

אַרום איהם פֿלעגען זיך געװוענהליך אַרומקלײַבען אַלע שילער פֿון דעם קלאַס. זיצענדיג און ריסעװוענדיג, פֿלעגט ריעזאַנאָװו אונז דערצעהלען אַנעקדאָטען, פֿון װועלכע מיר פֿלעגען זיך האַלטען בײַ די זײַטען. ער פֿלעגט אונז אױיך דערצעהלען װועגען זײַנע רײַזעס. זײַנע שילדערונגען זײַנען געװוען פֿול מיט הומאָריסטישע איבערטרײַבונגען. אָפֿט פֿלעגט ער אַזאַ ערצעהלונג באַפֿעפֿערען מיט גאַנץ אונאַנשטענדיגע איינצעלהייטען.

איין מאָל, אױיף אַן עקזאַמען פֿון מאַטהעמאַטיק, איז איהם אױיסגעקומ'ען צו זײַן אײַנער פֿון די אַכטונג-געבער. זײַן פֿליכט 304איז געװוען צו זעהן, אַז די שילער זאָלען ניט איבערשרײַבען אײַנער פֿון דעם אַנדערען; אַז יעדער זאָל טאָן די אַרבייט מיט זײַנע אײַגענעם קרעפֿטען. אָבער אַנשטאָט צו ערפֿילען זײַן פֿליכט, האָט ער די בעסערע שילער אַלײַן געהייסען אױיסהעלפֿען די שװואַכערע.

— ניכער! לעבעדיגער! — האָט ער צו זײי גערופֿען, שעפּטשענדיג די װוערטער, — דער דירעקטאָר קען אַרײַנקומ'ען יעדע מינוט.

ער האָט אַלײַן געטראַגען צעטעלעך פֿון אײַן שילער צום צװוייטען.

צו די עקזאַמענס פֿון דעם ערשטען קלאַס האָט יעדער פֿון אונז באַדאַרפֿט צושטעלען אַ העפֿט מיט צייכנונגען. אַנשטאָט דאָס צוצופֿערטיגען אַלײַן, האָב איך נעבעטען מײַן חבר גאָלדבלאַט'ן, דעם קינסטלער, און ער האָט פֿאַר מיר אױיפֿגעריסען אַ צװויי זאַכען. עס איז געװוען װואונדערשעהן, און איך האָב דאָס דערלאַנגט די עקזאַמענאַטאָרס אַלס מײַן אײַגענעם פּראָדוקט. זײי האָבען זיך ניט געקאָנט אָפּװואונדערען. ריעזאַנאָװו האָט נאַטירליך פֿאַרשטאַנען, אַז עס איז ניט מײַן אַרבייט. ער האָט זיך אָבער געמאַכט ניט װויסענדיג, און געהאָלפֿען מיר לויבען. איך האָב דאַן באַקומ'ען די העכסטע „אַטמיעטקע" פֿאַר ריסעװוען.

די גאַנצע פֿיר יאָהר, אײַן מאָל אַ װואָך װוייניגסטענס, פֿלעגט צו אונז קומ'ען אַ לעהרער פֿון האַנד-שריפֿט. קאַליגראַף האָט מען איהם גערופֿען. ער האָט אונז אױיך געגעבען אוראָקען אױיף געאָמעטרישער צייכענונג, אָבער זײַן הויפֿט-אַרבייט איז געװוען צו באַזאָרגען, אַז מיר זאָלען קענען אונזערע צוקונפֿטיגע שילער לערנען שרײַבען, ער אַלײַן האָט געהאַט אַ װואונדערבאַרע האַנדשריפֿט. ער האָט זיך אָבער געהאַלטען פֿאַר אַ קינסטלער אין מאָהלען אױיך, און ער פֿלעגט שטענדיג געבען אָנצוהערעניש אױיף די „פּראָפֿעסאָרען", װואָס האָבען איהם געלערענט, אַזױי װוי ער װואָלט געענדיגט אַ הױיכע קונסט-אַקאַדעמיע. אין אמת'ן האָט ער געענדיגט אַ שולכל פֿון ריסעװוען, ניט קײַן װויכטיגע. פֿלעגען מיר שטענדיג אָפּלאַכען פֿון איהם.

ער איז געװוען הױיך, שלאַנק און דאַר װוי אַ שטעקען. און 305געהן פֿלעגט ער װואַזשנע, אַזױי װוי ער װואָלט געװוען דער װויכטיגסטער פֿון אַלע לעהרער.

דער לעהרער פֿון גימנאַסטיק איז געװוען אַ דײַטש מיט'ן נאָמען מאָהר, אַ געװועזענער אָפֿיצער פֿון דער דײַטשער אַרמעע. ער האָט זיך געהאַלטען מיט טאַקט, און פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער זאָגען אַ װויץ. רוסיש האָט ער גערעדט מיט אַ דײַטשער אַקצענט, אָבער אָהן גראַמאַטיקאַלישע גרײַזען. און דער אַקצענט גופֿא האָט אױיך ניט געקלונגען צו שאַרף.

זײַן פֿאַך האָט ער געקענט גוט.

די צװוייַ „נאַדזיראַטעלעס", װואָס האָבען אַכטונג געגעבען אױיף די שילער, זײַנען געװוען אײַנע פֿון די נײַעסען, װואָס דער שטרענגער און אומרוהיגער קאַטעלניקאָװו האָט אײַנגעפֿיהרט. אײַנער פֿון זײי האָט געהייסען רובעראָװוסקי; דער צװוייטער — סװיעטאַװאָסטאַקאָװ.

רובעראָװוסקי איז אױיך געװוען דער „פּיסמאַ-װואָדיטעל", דער סעקרעטער פֿון דער ביוראָ. ער איז געװוען יונגער, אַ ביסעל העכער אין װואוקס און פֿיל לעבעדיגער װוי זײַן קאָלעגע. ער איז געװוען אַ פֿיאַניצע, אָבער אַ פֿעהיגער, ענערגישער מענש. און װוי עס טרעפֿט אָפֿט מיט שכורים, פֿלעגט ער זײַן גרעסטע און פֿעהיגסטע טהעטיגקייט אַרױיסװוייזען גראַד דאַן, װוען ער איז געװוען באַזױיפֿען. ער איז געװוען קאַטעלניקאָװו'ס ליבלינג, און װוען ער איז געװוען שכור, פֿלעגט ער זיך ערלױיבען צו זאָגען זאַכען, פֿאַר װועלכע אַן אַנדערער װואָלט טרוקען ניט אָפּשנײַדען. אַ פֿרעהליכער, לוסטיגער, אינטערעסאַנטער קערל.

סװיעטאַװאָסטאַקאָװ האָט אױיסגעזעהן װוי אַ דיאַטשאַק (שמש) פֿון אַן אָרימער רוסישער קירכע. קײַן קראַגען און קײַן אױיבער-העמד האָט ער אױיף זיך לעבען ניט געטראָגען, און זײַן נאָז-טיכעל איז געװוען פֿון אַ טונקעל-בלױיען קאָליר. דאָס רוב פֿלעגט ער האַלטען די הענט אױיף הינטען, מיט אַ שמעק טאַבאַק צװוישען צװוייַ פֿינגער פֿון זײַן רעכטער האַנט.

ער איז געװוען אַן עהרליכער, אַ שטילער, אַ גוטער — אַ טיפּ פֿון אַ פֿאַרצײַיטיגען דור. הגם ער איז אַלט געװוען ניט מעהר װוי עט306ליכע און פֿערציג יאָהר. ער האָט אױיסגעשטודירט אױיף גלח, און די סעמינאַריע איז געװוען אַזױי װוי אָפּגעזיגעלט אױיף זײַן פּנים, אױיף זײַן באָרד, אױיף זײַן אַרט קלידערען זיך, אױיף זײַן גאַנג, און אױיף דעם גוטען, עהרליכען שמייכעל װואָס פֿלעגט אָפֿט באַלײַכטען זײַן פּנים.

ער פֿלעגט אונז דערצעהלען פֿון זײַנע קינדער-יאָהרען, און הויפּטעכליך פֿון זײַנע יאָהרען אין דער סעמינאַריע.

װוען עס װואָלט זיך געװוענדט אָן איהם, װואָלט ער אונז ערלויבט אַלערלײי פֿרײַהייטען. ער איז אָבער געװוען אַ טרײַער טשינאָװוניק, און פֿאַר קאַטעלניקאָװו'ען האָט ער מורא געהאַט װוי פֿאַר פֿייער.

אין סך הכל האָבען מיר פֿון די צװוייַ נאַדזיראַטעלעס קײַן אונטערדריקונגען ניט געהאַט. מיר האָבען ליב געהאַט זייער קאָמפּאַניע און האָבען צו זײי געהאַט פֿריינדליכע געפֿיהלען.

טראַצקי, דער עקאָנאָם, געהערט אײַגענטליך ניט צו דיזען קאַפּיטעל. רײַדענדיג אָבער װועגען די מענשען, װועלכע האָבען זיך געפֿונען אַרום אונז, קען מען איהם ניט איבערהיפֿען. ער איז געװוען אַ קלוגער, פּראַקטישער מענש, און ער האָט געװואוסט װוי אױיסצוקומ'ען מיט קאַפּריזנע עלטסטע, אָהן חניפֿות און ניט פֿאַרלירענדיג זײַן רעספּעקט צו זיך אַלס איד. אונז, שילער, האָט ער באַהאַנדעלט גוט. מיר זײַנען געװוען צופֿרידען מיט איהם, און מיר האָבען באַװואונדערט זײַן טאַקט און זײַן שכל.

ער איז געװוען אַ שעהנער מאַן פֿון אַ יאָהר פֿערציג, מיט אַ געדיכטער קײַלעכדיג-אַרומגעשאָרענע ברױינע בערדעל, מיט אַ קלוגען שמייכעל.

ער האָט געענדיגט די װוילנער ראַבינער-שוהל, און איז געװוען אַן אינטעליגענטער מענש. דאָך איז ער געװוען גאַנץ פֿרום. זײַן הױיז האָט זיך געפֿיהרט שטרענג אידישלעך, און ער האָט אַלע טאָג גענאַװוענט. אָבער אַזױי װוי ער איז בײַ אונז געװוען פּאָפּולער, האָבען מיר דאָס ניט אױיסגעלאַכט.

װוען איך בין געגאַנגען אין דער נאַראָדנאַיע אױטשילישטשע, איז ער געװוען דער „נאַדזיראַטעל" איבער אַלע שוהלען פֿון דיזען 307סאָרט. ער פֿלעגט פֿאַרשרײַבען די שילער װואָס זײַנען עטליכע טעג ניט געקומ'ען און פֿלעגט זײי באַזוכען, אױיסצוגעפֿינען די אורזאַכע פֿון זייער אָבװועזענהייט.

װואָס פֿאַר אַ סאָרט מענשען זײַנען אונזערע לעהרער געװוען אַלס מענשען?

װוען איך שטעל זיך איצט דיזע פֿראַגע, פֿיהל איך, אַז איך בין ניט אימשטאַנד אױיף איהר צו ענטפֿערען. בײַ אונז זײַנען זײי געװוען פֿאַרטיילט אױיף „גוטע" און „שלעכטע", און אױיף אַזעלכע װואָס „װוייסען" און אַזעלכע װואָס „װוייסען גאָרניט". מיר זײַנען געװוען צו יונג און צו װוייניג ענטװויקעלט צו האָבען כאַראַקטער-באַגריף.

אַ חוץ דעם: װואָס װוייס אַ אינגעל פֿון זײַן לעהרער'ס לעבען? ער זעהט איהם נאָר אין אײַן ראָלע, און דאָס איז, ביז אַ געװויסען גראַד, אַ טעאַטער-ראָלע.

אַ לעהרער אין קלאַס-צימער פֿאַר זײַנע שילער, האָט ניט זײַן אײַגענעם „איך". ער איז אָנגעשטראיעט אױיף אַ געװויסען שטימנער. ער מאַכט אַ „פּאָרע". זײַנע טריט זײַנען ניט קײַן נאַטירליכע; זײַן שטימע איז ניט קײַן נאַטירליכע; זעלטען װוען אַ לעהרער האַלט זיך מיט די שילער אַבסאָלוט נאַטירליך. אַ פּשוט'ער שױין װוען עס האַנדעלט זיך װועגען יענע צײַטען, װוען אַרום און אַרום האָט געהערשט דער גײַסט פֿון צאַרישען מיליטאַריזם. אַן עלטערען מענשען איז איבערהױיפֿט ניט לײַכט זיך צו האַלטען אײַנפֿאַך מיט אַ אינגעל. רעדט דען אַ מוטער מיט אַ קלײַן קינד אױיף איהר געװוענהליכען שטייגער?

עס פֿאַנגט זיך אָן אָן דער אוראָק. מיר זיצען אױיף אונזערע בענק און װוארטען — אײַניגע מיט שרעק אין האַרצען, װוייל זײי האָבען ניט אױיסגעלערענט דאָס, װואָס מען האָט אױיפֿגעגעבען; אַנדערע מיט אונגעדולד און אַ װואונש אױיסגערופֿען צו װוערען און צו באַקומ'ען אַ הױיכע „אַטמיעטקע". עס עפֿענט זיך אױיף די טהיר. עס באַװוייזט זיך דער לעהרער, אין זײַן בלױיען פֿראַק מיט די מעשענע קנעפּ, מיט זײַן גרױיסען, דינעם „זשורנאַל" אונטער'ן אָרעם. מיר גיבען זיך אַ שטעל, װוי סאָלדאַטען, 308און מיר גיבען זיך אַ זעץ צוריק, װוי סאָלדאַטען. „ער" זעצט זיך אַנידער, רופֿט אױיס די נעמ'ען און פֿאַרצייכענט בײַ װואָס פֿעהלען. ענדליך רופֿט ער אױיס דעם ערשטען שילער.

אױיב דער שילער איז ניט אײַנער פֿון זײַנע ליבלינגען, פֿאַנגט זיך אָן אַ קאַץ-און-מױיז שפּיל. דער לעהרער האַלט זיך אַזױי װוי ער װואָלט געװוען דעם שילער'ס אַ שונא. ער װויל איהם כאַפּען אַז ער האָט דעם אוראָק ניט געלערענט. און דער אינגעל איז אָנגעשטרענגט איבערצוקומ'ען די געפֿאַהר.

אױיב דער שילער איז אַ גוטער שילער, אָדער סתם אַ ליבלינג, ענטפֿערט ער פֿרײַ און פֿרעהליך, מיט אַ טאָן פֿון זיכערהייט. אָבער אײַן אַ געװויסען זין איז די סצענע אַלץ דורכגעדרונגען מיט אַ טעאַטראַלישקייט. דער גוטער שילער קאָקעטעװועט פֿילײַכט אַביסעל פֿאַר די אַנדערע שילער. ער שטעלט אפֿשר אַרױיס דעם פֿאַקט, אַז ער איז תּקיף בײַ דעם לעהרער. און דערבײַ װוערט געשאַפֿען אַן אונאָנגענעהמע שטימונג בײַ די אַנדערע שילער.

אַלץ װוענדעט זיך אָן דעם כאַראַקטער פֿון דעם לעהרער, אָן דעם כאַראַקטער פֿון דעם שילער, אָן דעם כאַראַקטער פֿון די אַנדערע שילער, און אָן ספּעציעלע אומשטענדען פֿילײַכט. אַבסאָלוטע אײַנפֿאַכקייט און נאַטירליכקייט עקזיסטירט אין אַ קלאַס-צימער יעדענפֿאַלס זעלטען.

בײַ זיך אין דערהיים איז דער לעהרער אַ גאַנץ אַנדערער מענש. װוען ער געפֿינט זיך אין געזעלשאַפֿט אױיף אַן אָװונט ערגעץ װואו, אָדער װוען ער געהט אַרום הין און צוריק אין זײַן אײַנגענעם צימער, אײַנער אַלײַן מיט זײַנע געדאַנקען און געפֿיהלען — דאַן איז ער אַ גאַנץ אַנדערע באַשעפֿעניש; און דאַן האָבען מיר איהם ניט געזעהן; אַלס אַזעלכען האָבען מיר איהם ניט געקענט.

אײַניגע פֿון די לעהרער האָבען מיר ליב געהאַט; צו אַנדערע האָבען מיר זיך פֿאַרהאַלטען מיט פֿײַנדשאַפֿט. צו אײַניגע האָבען מיר געפֿיהלט רעספּעקט; צו אַנדערע — פֿעראַכטונג. װוער װוייס אָבער צי אונזערע באַציהונגען צו זײי זײַנען געװוען 309באַגרינדעט? מיר האָבען זײי ניט געקענט, און מיר האָבען זײי ניט פֿאַרשטאַנען. און זײי אונז האָבען אױיך ניט געקענט, און אױיך ניט פֿאַרשטאַנען. זײי האָבען זיך געהאַלטען אַזױי װוי זײי װואָלטען געװוען פֿאַר אַ מײַל פֿון אונז.

5
װוי הױיך איז געשטאַנען דער אינסטיטוט? — שוהל בילדונג און בילדונג נאָך דער שוהל.

די בילדונגס-אנשטאַלטען װוערען געװועהנליך צוטײילט אױיף גראַדען. די אוניװוערזיטעטען געהערען צו דעם העכסטען גראַד. די גימנאַזיעס צו דעם מיטעלען, א. ז. װו.

דער אינסטיטוט האָט אָפֿיציעל זיך נערעכענט פֿאַר אַ „סרעדניע אוטשעבנאַיע זאַװועדעניע" (אַ מיטעלער בילדונגס-אנשטאַלט), אַזױי װוי אַ גימנאַזיע. אין אוניװוערזיטעטס האָט מען מיט אַן אַטעסטאַט פֿון אינסטיטוט ניט צוגענומ'ען. מען האָט אַהין אָבער אױיך ניט צוגענומ'ען מיט אַן אַטעסטאַט פֿון אַ רעאַל-שוהל. עס האָט זיך געפֿאָדערט דוקא אַן אַטעסטאַט פֿון אַ גימנאַזיע. דאָס איז געװוען הױיפֿטזעכליך װוייל אין די גימנאַזיעס האָט מען געלערענט לאַטײַן און גריכיש. האָט מען אין דעם אינסטיטוט דערפֿאַר געלערענט אײַניגע זאַכען װועלכע זײַנען אין דעם גימנאַזיסטישען קורס ניט געװוען איינגעשלאָסען: העברעאיש, נאַטור-װויסענשאַפֿט, פֿעדאַגאָגיק און אַזױ אינטערעסאַנטען און באַלעהרענדען געגנשטאַנד װוי פֿעדאַגאָגישע אַנטראָפֿאָלאָגיע.

אין מאַטעמאַטיק איז מען אין גימנאַזיע געגאַנגען אַביסעל װוייטער װוי בײַ אונז. מען האָט דאָרטען געלערענט טריגאָנאָמעטריע און אַביסעל קאָסמאָגראַפֿיע. דערפֿאַר אָבער האָט מען בײַ אונז געאָמעטריע און אַלגעברא געלערענט גרינדליכער; און אין שוהל-בילדרונג, אַלס אַ מיטעל צו ענטװויקלען לאָגישע דענקונגס-פֿעהיגקייטען, צו „שאַרפֿען דעם מוח", און צו דער זעל310בער צײַט איהם דיסציפּלינירען — אױיף דעם איז געאָמעטריע אונגעהױיער װויכטיג.

דער אטעסטאַט װואָס אַ שילער האָט באַקומען, װוען ער האָט געענדיגט גימנאַזיע, האָט געהייסען (און אַזױי הייסט דאָס נאָך אין פֿילע לענדער היינט אױיך) „אַטעסטאַט פֿון אױיפֿגעוואַקסענקייט." דאָס הייסט, אַז מען איז אַ פֿאָלקאָמענער מענש, גרייט צו שטודירען אַ פּראָפֿעסיע. אָבער װוי שױין געזאָגט: דער הױיפֿט אונטערשיד צװוישען אַ גימנאַזיע און אַלע אַנדערע מיטעל-שוהלען איז באַשטאַנען אין דעם, װואָס אין דער ערשטער האָט מען געלערענט לאַטײַן און גריכיש און אין די אַנדערע ניט.

איך בין ניט איינפֿאַרשטאַנען מיט די, װואָס מאַכען דיזע צװוי אַלטע שפּראַכען אָװועק מיט דער האַנט. איך גלױיב, אַז צו אַ בילדונגס-קורס זײַנען זײ װויכטיג. אױיף דיזע צװוי שפּראַכען איז אױיסגעװואַקסען די קולטור, אױיף װועלכער אונזער היינטיגע קולטור איז געגרינדעט. און לאַטײַן איז, אַ חוץ דעם, די מוטער-שפּראַך פֿון עטליכע פֿון די היינטיגע ציװויליזירטע לשונות, און מאַסען לאַטײַנישע װוערטער װוערען געברױיכט אין אַלע ציװויליזירטע שפּראַכען.

די הױיפֿט פֿראַגע איז אָבער, נאָך אַלעמען, אַ פֿראַגע פֿון אַלגעמיינע גײַסטיגע ענטװויקלונג, און ניט צי דער שילער לערענט גראַד דאָס אָדער עפּעס אַנדערש.

װואָס מען לערענט אין די אָנפֿאַנגס-שוהלען און מיטעל-שוהלען איז אַ פֿונדאַמענט פֿאַר װוייטערע ענטװויקלונג. די שוהל דאַרף דעם שילער צופֿערטיגען צו דער בילדונג, װואָס ער װועט דערנאָך אַלײן באַקומען — דורך לעזען צײַטונגען, זשורנאַלען, ביכער און דעם װויכטיגסטען פֿון אַלע ביכער — דאָס לעבען גופֿא.

עס איז אַן אַלטער װוערטעל: די אױיפֿגאַבע פֿון דער שוהל איז דעם שילער צו „לערנען זיך לערנען".

נאַטירליך, עס זײַנען פֿאַראַן געגנשטאַנדן, אָהן װועלכע אַ בילדונגס-קורס װואָלט קײן זינען ניט געהאַט. אַזעלכע זײַנען גראַמאַטיק, געאָגראַפֿיע, היסטאָריע, אַריפֿמעטיק, געאָמעטריע און אַלגעברא. צי מען לערענט זײי מיט אַ גוטע סיסטעם, 311צי מיט אַ שלעכטע; צי דער לעהרער פֿאַרשטעהט זײַן פֿאַך, צי ניט — װוי שלעכט מען זאָל דיזע געגענשטאַנדן ניט לערנען, איז אַלץ בעסער װוי זײי גאָר דורכצולאָזען. ניט צו האָבען קײן באַקאַנטשאַפֿט מיט זײי הייסט אַבסאָלוטע אונװויסענהייט. זײי זײַנען דער װוינקעל-שטיין פֿון דעם פֿונדאַמענט. אָהן זײי איז ניטאָ אױיף װואָס צו בױיען.

שפּעטער קען דער שילער פֿאַרגעסען איינצעלהייטען פֿון זײַן געאָגראַפֿיע, היסטאָריע, מאַטעמאַטיק. אַן אַלגעמיינער באַגריף בלייבט אָבער בײַ איהם אימער, און פֿון דעם באַשטעהט דער פֿונדאַמענט פֿון זײַן אינטעליגענץ.

אַ איינגעל אָדער אַ מײידעל געהט אַלע טאָג אין שוהל, װואו אױיף די װוענט הענגען געאָגראַפֿישע קאַרטעס. טאָג איין, טאָג אױיס, האָבען די אױיגען פֿאַר זיך אַ קאַרטע פֿון אייראָפּאַ, אַ קאַרטע פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַטען. דאָס קינד זאַפֿט זײי אַרײַן אין זײַן גײַסט. און דאָס שפּילט אַ גרױיסע ראָלע אין דער געבילדעטער פֿערזענליכקייט, װועלכע װוערט שפּעטער אין איהם ענטװויקעלט. דער װואָס האָט קײן געאָגראַפֿיע קײנמאָל ניט געלערענט און איז מיט איהר עיקר קײנמאָל ניט באַקאַנט געװוארען, איז אין געװויסע באַציהונגען אַזױי װוי אַ בלינדער.

מיט'ן לעזען קען מען אונטער געװויסע אומשטענדערן אױיפֿטאָן פֿילייכט מעהר װוי מיט לערנען אין שוהל. דאָס געהט אָבער אױיף אַנדערע ענינים, אױיף װוייטערע, אָבער ניט אױיף אַזעלכע גענענשטאַנדען, װוי די װואָס זײַנען דאָ אָנגערופֿען געװוארען.

מיר נעמען דאָ דעם אינסטיטוט אַלזאָ אַלס אַ פּלאַץ, װואו מען האָט דעם שילער געגעבען דעם פֿונדאַמענט פֿון בילדונג, דעם עיקר פֿון אַ ערציהונג, װואָס זאָל איהם צוגרייטען צו זעלבסט-ענטװויקלונג דורך לעזען און לעבענס-ערפֿאַהרונגען. און אַלס אַזעלכער איז ער געװוויס געשטאַנען אױיף דעם זעלבען שטאַפֿעל װוי אַ גימנאַזיע אָדער אַ רעאַל-שוהל. אין באַצוג צו דעם גראַד בילדונג װואָס דער שילער האָט באַקומען, האָט ער געהערט צו דער זעלבער מדרגה.

312איך האָב געזאָגט, אַז אָפֿיציעל האָט זיך דער אינסטיטוט נערעכענט פֿאַר אַ מיטעל-שוהל, אַזױי װוי אַ גימנאַזיע. צום בײַשפּיעל: װוען עס האָט זיך געהאַנדעלט װועגן מיליטער דינסט, האָט די רעגירונג די אױיסגעשטודירטע יונגע לײַט געגעבען אַ געװויסע „לגאַטע", דאָס הייסט, מען האָט פֿאַרקלענערט די צײַט פֿון זייער דינסט. עס האָט זיך געװוענדעט װואָס פֿאַר אַ גראַד שוהל זײי האָבען געענדיגט; און אין דיזער באַציהונג האָט אַ אינסטיטוטסקער אַטעסטאַט געהאַט דיזעלבע קראַפֿט װוי אַ גימנאַזיסטישער. ער האָט דעם געענדיגטען געגעבען דיזעלבע „לגאַטע".

די עפֿענטליכע מיינונג האָט דעם אינסטיטוט אָבער געהאַלטען נידעריגער װוי אַ גימנאַזיע, און געזעלשאַפֿטליך זײַנען מיר אױיך געשטאַנען נידעריגער װוי די גימנאַזיסטען. װוען אײַנער פֿון אונז איז באַקאַנט געװוען מיט אַ גימנאַזיסט, פֿלעגט ער זיך באַריהמען מיט דעם.

אַ גימנאַזיסט איז געװוען אַ צוקונפֿטיגער דאָקטאָר אָדער יוריסט, װועהרענד דער אינסטיטוטשיק איז געװוען פֿאַראורטיילט אױיף אַ קאַרריערע פֿון אַ שוהל-לעהרער. און דער אונטערשיד אין די „פֿאַרמעס" (יוניפֿאָרמס) האָט דערבײַ אױיך געשפּילט אַ ראָלע: דער שװואַרצער קאַסטאָרען מיט שװואַרצע קנעפּ, מיט דער שװואַרצער היטעל פֿון דעם אינסטיטוטשיק האָט זיך ניט געקענט גלייכען צו דעם בלישטשענדען מונדיר מיט די ניקעלנע קנעפּ און דער „קעפּי", מיט דעם ניקעלנעם „הערב" פֿון דעם גימנאַזיסט.

און נאָך אַלעמען, װוען איך מאַך דעם פֿאַרגלייך היינט, זעה איך אַ װויכטיגען פּונקט צו גונסטען פֿון די גימנאַזיסטען אַפֿילו אין דער פֿראַגע פֿון ענטװויקלונג. אונזער קאַזאַרמע-לעבען איז געװוען אַ שטערונג צו אונזער גײַסטיגען װואוקס. מיר זײַנען געװוען אױיסגעשלאָסען פֿון דער װועלט. די גימנאַזיסטען זײַנען געװוען פֿרײַ אַרומצוגעהן; זײי האָבען זיך געזעהן מיט מענשען. זײי זײַנען פֿיל מעהר געקומען אין באַריהרונג מיט דער װוירקליכקייט װוי מיר. דאָס האָט זיך געפֿיהלט אין זייער מאַ313נירען און אין זייער אַרט רײידען. זײי זײַנען געװוען „ראַזװויאַנער", װועלטליכער, מוטיגער צװוישען מענשען.

6
װואָס פֿאַר אַ שילער איך בין געװוען. — צװוייערלייי פֿלייסיגקייטען.

געװויסע זאַכען געדענק איך זעהר גוט; אָבער ציפֿער, נעמען, און טראָקענע פֿאַקטען, װואָס ערװועקען אין מיר קײן אינטערעס, איז מיר שװוער צו געדענקען. און אין אַ שוהל שפּילען ציפֿער און נעמען אַ גרױיסע ראָלע און עס קומט דעם שילער אױיס צו לערנען דוקא דאָס װואָס איהם אינטערעסירט ניט.

איך קען ניט לערנען אָדער לעזען אַ בוך װואָס געפֿעלט מיר ניט. אױיף שריט און טריט זעה איך מענשען װואָס קענען דורכלעזען צעהנדלינגער ביכער, צו װועלכע זײי זײַנען אבסאָלוט גלייכגילטיג, אָדער װועלכע לאַנגװוייליגען זײי זאָגאַר. איך האָב דערצו קײן געדולד ניט. װוען איך הויב אָן צו לייענען אַ װוערק, און עס אינטערעסירט מיר ניט, מוז איך דאָס באַלד אַװועקװוארפֿען, סיידען עס איז פֿאַראן אַ ספּעציעלער צװועק אין מײַן לעזען, און דער צװועק גופֿא איז אינטערעסאַנט: װוען עס קומט מיר אױיס צו שרײַבען אַ קריטיק, למשל.

ציפֿער איז מיר איבערהױיפֿט שװוער צו געדענקען. אױיך איז מיר שװוער מיט זײי זיך צו באַשעפֿטיגען. װוען איך האָב צונױיפֿצורעכענען אַ צייל מיט ציפֿער, פֿאַרטראַכט איך זיך אין מיטען און מוז װוידער אָנהויבען פֿון אָנהויב. צו בוכהאַלטעריי װואָלט איך געװוען אבסאָלוט אונפֿעהיג.

װוען אַן ענין אינטערעסירט מיר יאָ, װוער איך אין איהם פֿאַרשלונגען. איך װוער באַגייסטערט. װוען אַ בוך געפֿעלט מיר, קען איך זיך פֿון איהם קױם אָפּרײַסען. איך זיץ איבער איהם ביז טיעף אין דער נאַכט. איך לעז איהם מיט דער טיעפֿסטער אױיפֿמערקזאַמקייט און באַמערק די קלענסטע אײַנצעלהייט אין איהם. און איך טראַכט װועגען איהם װואו איך שטעה און געה.

314אַזאַ בוך געדענק איך שױין לייכט און אױיף לאַנג. איך געדענק אין איהם אַזעלכע איינצעלהייטען, װועלכע מאַנכע פֿון די לעזער, װואָס האָבען אַ פֿיעל בעסערען זכרון װוי איך, פֿאַרגעסען באַלד.

דאָס װואָס איז שייך צו פֿאַרשטאַנד, און דאָס װואָס האָט אַ בילדליכען כאַראַקטער, אָדער װואָס אַפֿעלירט צו דעם דראַמאַטישען געפֿיהל, װוירקט אױיף מײַן איינבילדונגס-קראַפֿט און מאַכט אױיף מיר אַ טיעפֿען איינדרוק.

איך בין געבאָרען געװוארען מיט פֿיעל מעהר איינבילדונגס-קראַפֿט װוי מעכאַנישען זכרון, און מיט פֿיעל מעהר טעמפּעראַמענט װוי געדולד. און צו האָבען ערפֿאָלג אין אַ שוהל פֿון דעם אַלטען שניט, פֿאָדערט זיך געדולד אַ סך מעהר װוי טעמפּעראַמענט, און מעכאַנישער זכרון — אַ סך מעהר װוי איינבילדונגס-קראַפֿט און פֿאַרשטאַנד.

פֿון די שלעכטע שילער בין איך קײנמאָל ניט געװוען. איך בין קײנמאָל ניט דורכגעפֿאַלען אױיף אַן עקזאַמען. פֿון די בעסטע אין אַ קלאַס בין איך אָבער אױיך קײנמאָל ניט געװוען. בײַ אונזער לעהרער איז דער עיקר געװוען די געדולד און דאָס געדענקען, און בײַ מיר איז דער עיקר געװוען דאָס פֿאַרשטעהן און דער אינטערעס.

אין די נײיעסטע און בעסטע װוערק איבער פֿעדאַגאָגיק, אין דער צײַט װוען דיזע שורות װוערען געשריבען, װוערט אַזאַ סיסטעם װוי די, װואָס האָט געהערשט אין אונזער אינסטיטוט, שאַרף קריטיקירט און פֿאַרדאַמט. מען פֿאַרדאַמט די מאַדע צו געבען אַ שילער לערנען אױיף אױיסװוייניג. עס װוערט ערקלעהרט, אַז אָנשטאָדט צו ברײַנגען נוצען, ברײַנגט עס אַ גרױיסען שאָדען.

„עס פֿאַרקריפּעלט די דענקונגס-פֿעהיגקייט און די איינבילדונגס-קראַפֿט" — אַזױי ערקלעהרען די בעסטע אױיטאָריטעטען פֿון דער היינטיגער פֿעדאַגאָגיק. — „עס שטערט דעם שילער צו ענטװויקלען זײַנע גײַסטיגע כחות. עס פֿאַראַליזירט זײַן זעלבסטשטענדיגקייט. אַנשטאָדט איהם צו געװואוינען זיך צו פֿאַרלאָזען 315אױיף זײַנע אייגענע גײַסטיגע קרעפֿטען, געװואוינט מען איהם זיך צו פֿאַרלאָזען אױיפֿ'ן „זוברעװוען". די ערפֿאַהרונג האָט געװויזען, אַז די אַלטע סיסטעם מאַכט פֿון פֿעהיגע קינדער אונפֿעהיגע; פֿון קלוגע, דענקענדע קינדער — נאַראָנים.

די בעסטע פֿעדאַגאָגישער היינטיגע װוייזען אָן אױיף דעם פֿאַקט, אַז אַן אונגעהױיערע צאָהל פֿון די גרױיסע מענשען פֿון דער װועלט, פֿון איהרע גאונים, האָבען ניט געהאַט קײן גוטען זכרון. יעדער פֿון זײי האָט געהאַט אַדערע פֿעהיגקייטען, װועלכע זײַנען װויכטיגער װוי זכרון. זײי האָבען געקענט אָריענדירונגען, באַנעהמען און שאַפֿען. און יעדער פֿון זײי איז געװוען טיעף פֿאַראינטערעסירט אין זײַן פֿאַך. און צוליב דיזער אונגעהױיערער פֿאַראינטערעסירטקייט האָט ער שױין זײַן ספּעציעלען ענין געדענקט אױיך. אינטערעס ברענגט זכרון — ניט פֿאַרקעהרט.

די לעהרער פֿון אינסטיטוט האָבען דוקא געפֿאָדערט „זוברעװוקע", דוקא געפֿאָדערט, אַז אָנשטאָדט צו דענקען, זאָל מען געדענקען.

גראָד אין דער צײַט װוען דיזע שורות װוערען געשריבען, זײַנען אַמעריקאַנער פֿעדאַגאָגען און פֿסיכאָלאָגען פֿאַראינטערעסירט אין קריטיקען געגען אַ געװויסען פֿאַרשטעהער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿעדאַגאָגיע. ער רעפֿרעזענטירט מיט זיך די מעכאַנישע סיסטעם. ער האַלט דוקא פֿון געדענקען מעהרער װוי פֿון דענקען. ער גלױיבט, אַז דאָס גיט בעסערע, פֿראַקטישערע רעזולטאַטען. בײַ איהם איז דער עיקר דאָס דער שילער זאָל װויסען די אונטערשטע שורה פֿון אַ חשבון. דער שכל, װועלכער פֿיהרט צו דיזער אונטערשטער שורה — דאָס איז בײַ איהם אַרױיסגעװוארפֿען.

דיזע פֿעדאַגאָגישע שול האָט אין אַמעריקא געהערשט אַ לאַנגע צײַט. איצט אָבער װוערט זי אַטאַקירט. װויכטיגע ביכער זײַנען געגען דעם געשריבען געװוארען אין ענגלאַנד און אין דײַטשלאַנד, און די בעסערע פֿעדאַגאָגן פֿון אַמעריקא זײַנען פֿאָלשטענדיג איינפֿאַרשטאַנדען מיט זײי.

די אַלטע סיסטעם פֿון אונזער אינסטיטוט האָט אַלץ מעכאַניזירט, פֿאַרװואנדעלט אין מאַשין אַרבייט. און אַ איינגעל 316מיט אַזאַ טעמפּעראַמענט װוי מיינער האָט דאָס ניט געקענט פֿאַרטראָגען.

געגען דיזער סיסטעם האָט מײַן נאַטור פּראָטעסטירט, רעװואָלטירט. עס פֿלעגט צוברעכען מײַן שטימונג. איך פֿלעג זיך פֿיהלען אונגליקליך.

מײיסטע פֿון די אוראָקען האָבען מיר געלאַנגװוייליגט, אָבער ניט דוקא װוייל דער געגענשטאַנד גופֿא האָט מיר ניט אינטערעסירט. װואָרים עס זײַנען געװוען געגענשטאַנדען, װועלכע װואָלטען מיר יאָ געקאַנט אינטערעסירען און װועלכע האָבען מיך דאָך געלאַנגװוייליגט. עס האָט זיך געװוענדעט אָן דעם אַרט װוי אַזױי מען האָט זײי מיט אונז געלערענט און געװואוינען צו לערנען.

איך װועל דאָ געבען אַ פּאָר בײַשפּיעלען.

געאָגראַפֿיע, בשעת דער גוטער ליעפֿין איז געװוען אונזער לעהרער, האָב איך פֿיינט געהאַט װוי דעם טױיט. איהם אַלײן האָב איך ליב געהאַט, װואָרים ער איז געװוען אײַנער פֿון די סימפּאַטישסטע און גוטהאַרציגינסטע לעהרער װואָס מיר האָבען געהאַט. ער האָט אָבער זײַן געגענשטאַנד אונז געגעבען אױיף אַ מעכאַנישען שטייגער און אָפֿט אָהן אַ טאָלק. ער פֿלעגט אַ סך היפֿען. דערנאָך פֿלעגט ער „דערקלעפֿען" דאָס איבערגעהיפֿטע אױיף אַזאַ שטייגער, אַז עס פֿלעגט אַרױיסקומען אַ פֿלאַנטער. און יעדענפֿאַלס פֿלעגט מען דעם אוראָק מוזען „זוברעװוען" װוי אַ פּאַפּוגײַ, און צו דעם האָב איך קײן געדולד ניט געהאַט.

אײַדער איך בין אָנגעקומען אין אינסטיטוט, װוען איך האָב אַלײן געשטודירט געאָגראַפֿיע, האָב איך דאָס געטאָן מיט אײַגענעם װוילען און מיט מײַן אייגענעם טאָלק. דאַן איז אַפֿילו דאָס זוברעװוען מיר געװוען אינטערעסאַנט. איצט אָבער זײַנען די אוראָקען פֿון געאָגראַפֿיע בײַ מיר געװוען אַזױי װוי די אַרבייט, װואָס אַ שקלאַף באַקומט פֿון דעם שקלאַפֿען-טרײַבער.

װוען מיר זײַנען געװוען אין דריטען קלאַס, איז ליעפֿין פֿון אונז אַװועק. דאַן האָט דער עכטער רוסישע געאָגראַפֿיע אַ געװויסע צײַט מיט אונז געלערענט אַ לעהרער מיט'ן נאָמען בראָנ317צעװו. ער איז גראָד געװוען אַ באַלעזענער, ענטװויקעלטער מענש — אײַנער פֿון די װוייניגע אױיסנאַהמען װואָס מיר האָבען װוען עס איז געהאַט (איך האָב איהם ניט אַרײַנגעשטעלט אין דעם צעטעל פֿון אונזערע בעסערע לעהרער, װוייל קײן רעגעלמעסיגע שטעלע האָט ער אין אינסטיטוט ניט געהאַט, און אין סך הכל איז ער בײַ אונז אָפּגעװוען נאָר אַ פּאָר מאָנאַט). ער האָט אונז ערקלעהרט די עקאָנאָמישע באַציהונג פֿון פֿאַרשידענע רוסישע געגענדען, דעם כאַראַקטער פֿון דעם קלימאַט און פֿון דער ערד, און װואָס פֿאַר אַ שייכות דאָס האָט צו אינדוסטריע און האַנדעל. ער האָט אונז באַקאַנט געמאַכט מיט אַ קלימאַטאָלאָגישע קאַרטע.

צוערשט האָב איך געמיינט, אַז דאָס אַלץ איז זעהר טרוקען און לאַנגװוייליג. ער האָט אָבער אין זײַנע אוראָקען אַרײַנגעגעבען אַזױי פֿיל װויסענשאַפֿטליכען שכל, אַזױי פֿיל זאַפֿט, אַז כל זמן ער איז בײַ אונז געװוען, איז דאָס בײַ מיר געװוען אַ ליבלינגס-געגענשטאַנד.

זײַנדיג אין פֿערטען קלאַס האָב איך איבערגעלעזען בײַקל'ס באַריהמטע „געשיכטע פֿון דער ציװויליזאַציע אין ענגלאַנד". איך האָב דאָס געלייענט מיט אַזאַ התמדה, אַז ניט אײַנמאָל האָב איך צוליב דעם פֿאַרפֿעלט צו לערנען די אוראָקען אױיף מאָרגען. לערנען אָבער היסטאָריע, װוי פּראַװאָסודאָװויטש פֿלעגט איהר אונז אַרױיסגעבען, איז פֿאַר מיר געװוען אַן אָפּקומעניש.

מאַטעמאַטיק האָב איך געליבט, און מען האָט מיר גערעכענט פֿאַר אײַנעם פֿון די בעסטע מאַטעמאַטיקער אין אינסטיטוט. דאָס איז אָבער געװוען שייך צו דעם שכל פֿון „זאַדאַטשע". דאַ װואו מען האָט געדאַרפֿט מאַכען אַ מעכאַנישען חשבון, מיט אַ סך ציפֿער, פֿלעגט מיר פֿעלען די געדולד; און איך פֿלעג זיך פֿאַרטראַכטען און פֿאַרפֿלאָנטערען.

קאַטעלניקאָװו האָט מיך אַמאָל אָפּגעשטעלט אױיפֿ'ן קאַרידאָר און געזאָגט:

— איהר זײַט אַ גרױיסער פֿױילער, קאָהאַן! אַלע לעהרער זאָגען, אַז איהר האָט אױיסגעצייכענטע פֿעהיגקייטען, נאָר איהר האָט ניט קײן חשק צום לערנען. איהר װועט שױין בײַ מיר לערנען, נישקשה! איך װועל אײַך װוייזען װוי זיך צו פֿױילען!

318ער האָט מיר ניט פֿאַרשטאַנען. קײנער פֿון די לעהרער האָט קײנעם פֿון די שילער ניט פֿאַרשטאַנען.

דער אמת איז, אַז איך בין געװוען אי אַ פֿױילער, אי אַ פֿלײַסיגער — עס האָט זיך געװוענדעט אָן דער אַרבייט װואָס מיר איז אױיסגעקומען צו טאָן. אַזױי בין איך דעם גאַנצען לעבען. אױיב אַ זאַך איז מיר אינטערעסאַנט, קען איך אַרבייטען בוכשטעבליך טאָג און נאַכט.

שפּעטער, אין מײַן זעלבסטשטענדיגען לעבען, האָב איך אימער געהאַט אַ שם פֿאַר אונגערמידליכע טעטיגקייט און אַרבייטזאַמקייט. און מײַנע לעהרער האָבען מיך געהאַלטען פֿאַר אַ פֿױילער!

עס זײַנען פֿאַראָן צװוייערלייי פֿױילע: אַזעלכע, װואָס האָבען אײַנפֿאַך ניט קײן ענערגיע און קײן אַרבייטס-פֿעהיגקייט, און אַזעלכע װואָס האָבען דאָס יאָ, אָבער נאָר פֿאַר אַרבייט, װואָס אינטערעסירט זײי.

דער צװוייטער סאָרט פֿױילען זיך איז אײַגענטליך אַ נאַטירליכער טייל פֿון דער ענערגישער נאַטור. פֿון אַ אינטערעסאַנטער באַשעפֿטיגונג װוערט זי עלעקטריזירט און אַ ניט-אינטערעסאַנטע האָט אַ פֿאַרקעהרטע װוירקונג: זי שטױיסט איהר אָפּ. דער װואָס קען פֿלײַסיג אַרבייטען אָהן אַן אינטערעס אין דער אַרבייט איז אַן אַרבייטס-מאַשין, ניט קײן ענערגישער מענש. אַזאַ שילער לערענט פֿלײַסיג אַלץ װואָס מען גיט איהם.

די לעהרער פֿון יענע צײַטען האָבען אַזאַ אונטערשיד ניט געמאַכט. זײי האָבען די שילער צוטײילט אױיף מתמידים און פֿױילע, און װוען אַ שילער האָט צו אַ געגענשטאַנד ניט געהאַט קײן חשק, האָט מען דאָס געהייסען אַז ער איז אַ פֿױילער. װוייטער האָבען זײי קײן קשיות ניט געפֿרעגט. פֿראַגען פֿון טעמפּעראַמענט, איינבילדונגס-קראַפֿט, דענקונגס-פֿעהיגקייט, פֿראַגען פֿון כאַראַקטער און פֿערזענליכקייט — אַזעלכע זאַכען האָבען פֿאַר זײי ניט עקזיסטירט.

אין אונזער לעהר-בוך איבער פֿעדאַגאָגיק איז געװוען אַ פֿראַזע: „מען דאַרף האָבען אין זינען דעם קינד'ס ספּעציעלע 319נאַטור." די פֿראַזע האָט זיך אין דעם בוך באַגעגענט אַזױי אָפֿט, אַז מיר פֿלעגען פֿון איהר אָפּלאַכען. מיר האָבען ניט פֿאַרשטאַנען איהר װויכטיגקייט. מיר האָבען געמיינט, אַז יעדער מאָל װוען דער פֿאַרפֿאַסער װוייס ניט װואָס צו זאָגען — װואָס דער ערציהער דאַרף טאָן — דרעהט ער זיך אַרױיס מיט די װוערטער, אַז עס װוענדעט זיך אָן דעם כאַראַקטער פֿון דעם קינד, און אַז דעריבער קען מען קײן כלל ניט געבען. מיר האָבען געװואוסט, אַז אונזערע לעהרער האָבען יאָ אַ כלל, נעמליך, אַז דער װואָס האָט ניט קײן חשק צום לערנען, יענער איז אַ פֿױילער. באַטראַכטען דעם ספּעציעלע כאַראַקטער פֿון דעם אָדער יענעם שילער — אַזעלכע זאַכען איז זײי גאָר ניט איינגעפֿאַלען.

מיר האָבען געלערענט סטאַיונין'ס טעאָריע פֿון ליטעראַטור און יעװוסטאַפֿיעװו'ס געשיכטע פֿון רוסישע ליטעראַטור. דאָס איז מיר געװוען אינטערעסאַנט און איך האָב עס געלערענט מיט התמדה, הױיפֿטזעכליך סטאַיונין'ס. אין שפּעטערע יאָהרען האָב איך זיך איבערצייגט אַז די טעאָריע װואָס סטאַיונין ערקלעהרט האָט קײן ממשות ניט. דאַן אָבער האָב איך געמיינט, אַז זי איז ריכטיג. און ער האָט איהר איבערגענעבען אַזױי קלאָהר און מיט אַזאַ פֿײַנע שפּראַך, אַז איך בין געװוען באַגײַסטערט.

קריסטאַלאָגראַפֿיע איז אַ טייל פֿון מינעראַלאָגיע. זי באַשעפֿטיגט זיך מיט דער פֿאָרמע פֿון קריסטאַלען, און װוי אַזױי אײַן פֿאָרמע געהט איבער אין אַן אַנדערער. אױיף דיזען ענין האָט מען בײַ אונז אין צװוייטען קלאַס אָפּגעגעבען אַ סך צײַט. דאָס איז געװוען אַן אונזין, אָבער דער געגענשטאַנד איז מיר געװוען אינטערעסאַנט אַלס גימנאַסטיק פֿאַר'ן מח. די פֿאַרשידענע פֿאָרמען פֿון די קריסטאַלען און זייערע ענדערונגען פֿלעג איך זיך פֿאָרשטעלען אַזױי װוי איך װואָלט זײי געהאַט פֿאַר די אױיגען. אַלזאָ, האָב איך דיזע אוראָקען געלערענט מיט חשק און באַקומען הױיכע אַטעסטאַטקעס.

די „זאַפּיסקעס" איבער באָטאַניק האָב איך ניט געקענט פֿאַרטראָגען. װוען לאַװוראָװו האָט אונז אָבער גענומען אין פֿעלד, אָנגעװויזען אױיף געװויסע פֿלאַנצונגען און ערקלעהרט װוי זײי לע320בען, האָט דער געגענשטאַנד בײַ מיר באַקומען גאָר אַן אַנדער טעם. איך האָב זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט און האָב זיך פֿאַרטיפֿט אין אַ ספּעציעלען בוך װועגען דעם לעבען פֿון פֿלאַנצען. איך און אַנדערע צװוייי שילער האָבען געקראָגען אַ װואַזאָן, אײַנגעפֿלאַנצט אין איהם אַ באָב און באָאָבאַכטעט װוי ער שפּראָצט, װוי ער ענטװויקעלט זיך.

שפּעטער האָט לאַװוראָװו אונז געלערענט באָטאַניק אין אַ נײַעם בוך. ער איז אָבער געװוען צו טרוקען, און צו װוייניג צוגעפֿאַסט צו אונזערע אומשטענדערן.

פֿיזיק האָב איך זעהר ליב געהאַט, און איך האָב װוועגען יעדען אוראָק איבער דיזען געגענשטאַנד געלעזען אַ סך מעהר װוי אונזער לעהר-בוך האָט ענטהאַלטען. פֿון די עטליכע רובעל װואָס איך פֿלעג האָבען געבענדיג אוראָקען אין דער װואַקאַציע צײַט, האָב איך געקױיפֿט די באַריהמטע שוהל-װוערק פֿון גאַנאָ (אַ דיקער בוך איבער פֿיזיק, איבערזעצט פֿון פֿראַנצויזישען), און איך פֿלעג אָפֿט אױיף איהם פֿאַרברענגען שטונדען, װועלכע איך האָב באַדערפֿט אָפּגעבען אױיף צו לערנען די מאָרגענדיגע אוראָקען. איך פֿלעג זיך ניט קענען אָפּרײַסען. יעדער נײַער פֿיזישער געזעץ און „שכל" מיט װועלכען איך בין באַקאַנט געװוארען, האָט מיר אַרײַנגעבראַכט אין אַ מערקװוירדיגער באַגייסטערונג. איך פֿלעג אַרומגעהן װוי אַ באַרוישטער.

עטליכע מאָל האָט מען בײַ אונז געמאַכט עקספּערימענטען איבער פֿיזיק. און דאַן בין איך געװוען גליקליך-איבער-גליקליך.

אײַן מאָל איז אין װוילנא געקומען אַ דײַטש מיט אַ װויסענשאַפֿטליכען אינסטרומענט צו װוייזען פֿאַרשידענע מיקראָסקאָפּישע חידוש'לאַך אין אַ שטאַרק פֿאַרגרעסערטער פֿאָרמע. אין אַ פֿינסטערען צימער, אױיף אַ הענגענדען ליילעך, האָט ער געװויזען, צום בײַשפּיעל, די באַשעפֿעניש'לאַך װואָס געפֿינען זיך אין אַ טראָפֿען װואַסער, אין אַ ברעקעל קעז, א. א. װו. זײַנע פֿאַרשטעלונגען האָט ער געגעבען אין אַ זאַל פֿון דער װוילנער ערשטער גימנאַזיע, און אײַן אָװוענד איז געװוען באַשטימט פֿאַר די שילער פֿון אונזער אינסטיטוט. אַלזאָ, האָט מען אונז אַהין אַװועקגעפֿיהרט.

321זײַן רוסיש איז געװוען קאָמיש, אָבער מיר איז דאָס ניט געלעגען אין זינען. איך בין געװוען פֿאַרטיפֿט אין די זאַכען װואָס ער האָט אונז געװויזען און ערקלעהרט; און עטליכע מאָנאַטען נאָכדעם האָב איך זיך אינטערעסירט מיט מיקראָסקאָפּישע פֿאָרשונגען.

איך האָב געקױיפֿט אַ זילבערנעם זײַגער (ער האָט געהאַט אַן אױיבערשטע טירעלע, װועלכע האָט זיך געעפֿענט װוען מען האָט אַ דריק געטאָן דעם קנעפּעלע בײַם ברעג. דאָס איז דאַן געװוען אַ נײַעס. פֿריהער האָבען די זײַגערס זיך געעפֿענט אָהן אַ פּרוזשינע. פֿון אַנציהען אָהן אַ שליסעלע האָט מען נאָך דאַן ניט געװואוסט). און אײַנמאָל, אין אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכטס, זיצענדיג בײַ מײַנע עלטערען בײַם טיש, האָב איך ענטדעקט אַז מיט דעם בלישטשענדען דעקעל און מיט די ליכט קען מען מאַכען עקספּערימענטען. דער דעקעל קען דינען אַלס אַן אײַנגעבױיגענער שפּיגעל, װועגען װועלכען איך האָב געלערענט אין פֿיזיק. אַלזאָ, האָב איך איהם געהאַלטען געגען דעם פֿלאַם פֿון אַ ליכט, דאָ געהענטער און דאָ װוייטער. און די פֿראָבע איז געװוען אַן ערפֿאָלגרייכע.

װוען איך האָב דערזעהן די ליכט מיט'ן פֿלאַם אַראָפּ און מיט די חלב אַרויף, האָב איך געשפּרונגען פֿאַר שמחה. איך האָב דאָס געװויזען דעם טאַטען. ער האָט זיך אָבער ענטזאָגט צו קוקען. ערשטענס, האָט איהם מײַן גאַנצער עקספּערימענט אױיסגעזעהן אַזױי װוי אַ חלול שבת. צװוייטענס, האָט ער קײנמאָל ניט געװואָלט אָנערקענען אַז דאָס, װואָס מען לערענט אין די ניט-אידישע „ביכלעך" האָט אַ ממשות. איך האָב איהם אָבער ניט אָפּגעלאָזען און ער האָט אַ קוק געטאָן.

— טאַקע אַ חידוש! — האָט ער געזאָגט ניט װוילענדיג, און ער האָט געקוקט װוידער און װוידער.

אין דער ביבליאָטעק פֿון דעם אינסטיטוט איז אָנגעקומען „דאָס לעבען פֿון אייראָפּעאישע פֿעלקער", פֿון װואָדאָװואָזאָװוא (אַ פֿרוי). דאָס איז דאַן געװוען אַ נײַע װוערק, און די 322שילער האָבען זיך אַ כאַפּ געטאָן דאָס לעזען. מען האָט זיך קױם דערװוארטעט אױיף דער רייהע. איך האָב דעם בוך געלעזען מיט דעם טיפֿסטען אינטערעס, און איך געדענק װוי איך האָב צו אימיצען פֿון די אַנדערע שילער געזאָגט:

— פֿאַרװואָס גיבען זײי אונז ניט אַ סך אַזעלכע ביכער צום לעזען? דאָס געהערט דאָך צו געאָגראַפֿיע. פֿאַרװואָס קאָרמעט מען אונז נאָר מיט טרוקענע אוראָקען?

מיר האָט זיך געדוכט, אַז דורך װואָדאָװואָזאָװוא'ס בוך בין איך באַקאַנט געװוארען מיט די ענגלענדער, מיט די שפּאַניער, מיט די איטאַליענער, מיט די באַלקאַנישע פֿעלקער, און איך האָב באַקומען גאָר אַ נײַעם חשק צו יענע טיילען פֿון דער געאָגראַפֿיע, װואו עס האָט זיך געהאַנדעלט װועגען דעם לעבען פֿון די לענדער.

די שילער האָבען װועגען דעם בוך אָפֿט גערעדט. פֿון די װויכטיגע נאַציאַנען האָבען זײי זיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט מיט די ענגלענדער, װוייל פֿיל פֿון דעם װואָס װואָדאָװואָזאָװוא האָט דערצעהלט װועגען זײי, איז אונז אױיסגעקומען אַזױי זאָנדערבאַר. זײי האָבען זיך פֿאַרגעשטעלט װוי זאָנדערבאַרע באַשעפֿענישען. מיר האָבען בײַ איהר, צום בײַשפּיעל, געלייענט, אַז װוען צװוייי ענגלענדער באַגעגענען זיך, זאָגען זײי: „פֿיינער װועטער היינט!" אָדער „עס געהט אױיס װוי רעגען". און דאָס איז אונז פֿאָרגעקומען זעהר קאָמיש.

אײַנמאָל האָט אַ שילער באַמערקט װוי אַן אַנדער שילער, געהענדיג איבער'ן קאָרידאָר, גיט זיך פֿלוצלונג אַ נײַג און זאָגט צו זיך אַליין:

— פֿיינער װועטער!

די סצענע איז גלייך איבערגעגאַנגען פֿון שילער צו שילער, פֿון קלאַס צו קלאַס. מען האָט זיך געקײַקעלט פֿאַר לאַכענדיג. מען האָט איהם איבערגעקרימט, און אַ געװויסע צײַט איז זײַן צונעמעניש געװוען „פֿיינער װועטער".

איך האָב שױין גערעדט װועגען פֿעהיגע שילער, װועמען דאָס לערנען פֿלעגט אָנקומען לייכט, און װועגען אונפֿעהיגע, װואָס 323פֿלעגען מיט פֿראָצע בײַקומען אַלע שװוערינגקייטען און גוט „אײַנזוברעװוען" דעם אוראָק. דאָס רוב פֿלעגען די אוראָקען זײי אױיך לאַנגװוייליגען. זײי האָבען אָבער געהאַט געדולד צו זײי, און איך ניט. פֿאַר מיר איז דאָס געװוען קאַטאָרגע.

עס איז געװוען אַ טיף שילער (און ער געפֿינט זיך אױמעטום און אין אַלע צײַטען), װואָס מוז אױיסלערנען דעם אוראָק אַזױי, אַז ער זאָל באַקומען די העכסטע אָטמעטקע. ער האָט איהם שױין אױיסגעלערענט. ער קען איהם שױין. ער מוז אָבער איהם װוידער לערנען, און װוידער און װוידער, ביז ער װועט איהם קענען „אױיף אַ פֿינף" (די העכסטע אָטמעטקע). דער ענין הויבט איהם אָן צו אינטערעסירען. דאָס מאַכט איהם אָבער ניט אױיס. ער מוז אױיסלערנען „אױיף אַ פֿינף".

װוען דער געגענשטאַנד האָט מיך ניט אינטערעסירט, האָב איך קױם געהאַט געדולד גענוג צו לערנען דעם אוראָק „אױיף אַ דרײַ".

אײַן מאָל, אױיף װואָדאָװואָזאָװוויטש'עס אַן אוראָק איבער היסטאָריע אין פֿערטען קלאַס, האָב איך, זיצענדיג אױיף מײַן באַנק, אױיפֿגעשריבען אַ גראַם:

„מאַלאַ נאַאוקי מנאַגאַ מוקי".

דאָס הייסט: „װוייניג װויסענשאַפֿט, אַ סך אָפּקומעניש."

ער האָט באַמערקט, אַז איך שרײַב עפּעס און הער זיך ניט צו, איז ער צו מיר צוגעגאַנגען. און איך בין געװוען אַזױי פֿאַרטיפֿט אין מײַנע גראַמען, אַז איך האָב זײַנע טריט ניט געהערט. ער האָט געכאַפּט מײַן פֿערז.

— װואָס הייסט עס? — האָט ער געפֿרעגט, רױיט-װוערענדיג פֿון כעס, — אַזאַ חברה-מאַן זײַט איהר? איך װועל דאָס װוייזען דעם דירעקטאָר.

צי ער האָט דעם דירעקטאָר דערצעהלט, צי ניט, װוייס איך ניט. מען האָט מיר אָבער ניט באַאונרוהיגט.

7
שילער װואָס געפֿינען חן אין אַ לעהרער'ם אױיגען און פֿאַרקערט. — אין קאַרצער. — פּאַליאַקאָװו. — איך לערען זיך שפּילען קלאַרנעט.

324כמעט יעדער שוהל-לעהרער האָט זיך זײַנע ליבלינג-שילער און אַזעלכע װואָס האָבען בײַ איהם קײן חן ניט. אײַניגע שילער האָבען חן בײַ אַלע לעהרער. דאָס רוב זײַנען דאָס די, װואָס זײַנען פֿעהיג און פֿלייסיג. עס זײַנען אָבער פֿאַראָן אַנדערע אױיך.

אין אונזער קלאַס איז געװוען אַ שילער, װועלכער איז געװוען אַ מיסטער אױיף צו'חנפ'ענען זיך צו לעהרער. ער האָט דאָס געטאָן אױיף פֿאַרשידענע װועגען. צום בײַשפּיעל: ער פֿלעגט זיך אַרײַננעמען אין קאָפּ די ספּעציעלע אױיסדרוקען װואָס די לעהרער פֿלעגען געברױיכען, און װוען ער פֿלעגט זוברעװוען דעם אוראָק, פֿלעגט ער אין איהם אַרײַנברענגען די דאָזיגע װוערטער. פֿאַר דאָס רוב לעהרער איז דיזע אױיפֿמערקזאַמקייט געװוען זעהר אַנגענעהמס. דער שילער, װועלכען איך דערצעהל'ע דאָ, איז געװוען אײַנער פֿון די װואָס לערנען אימער פֿאַר אַן אונפֿעהיגען. מיר האָבען איהם אַלע געהאַלטען פֿאַר אַן אונפֿעהיגען. דאָך פֿלעגט ער האָבען בײַ די לעהרער די העכסטע אָטמעטקעס. די לעהרער פֿלעגען זעהן אַז ער זאָגט דעם אוראָק „װוי אַ װואַסער", און אַז ער האָרכט זיך צו צו זייער יעדען װוארט. אָפֿט פֿלעגט ער דערבײַ אַרױיסװוייזען זײַן טעמפּקייט. אָבער דאָס האָט איהם ניט געשטערט. ער פֿלעגט אַלץ באַקומען אַ הױיכען ציפֿער.

ער איז געװוען זעהר ביטער. בײַ די שילער איז ער ניט געװוען פּאָפּולער.

אַ צװוייטער שילער, װואָס פֿלעגט זיך חנפ'ענען צו די לעהרער האָט געהאַט גוטע פֿעהיגקייטען. ער װואָלט געקענט האָבען גוטע אָטמעטקעס אָהן חניפֿות. ער האָט אָבער געהאַלטען פֿון דעם כלל, אַז „אין צװוייען איז שטאַרקער".

325עס זײַנען אױיך געװוען אַזעלכע, װואָס האָבען די הױיכע אָטמעטקעס באַקומען נאָר דורך זייערע פֿעהינגקייטען.

אײַניגע פֿון די לעהרער האָבען זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען זעהר גוט. מאַרגעל, צום בײַשפּיעל, זיװויאָסקין, שטײַנבערג, ליעפֿין. װועגען ליעפֿין'ס פֿריינדליכקייט צו מיר איז מיר ספּעציעל אינטערעסאַנט זיך צו דערמאַנען, װואָרים איך פֿלעג זײַנע אוראָקען קױם צופֿערטיגען. ער איז מיט מיר ניט געװוען צופֿרידען און ניט געקענט זײַן צופֿרידען. ער האָט מיר אָבער פֿאַרגעבען אַלע מײַנע זינד.

בײַ דאַדיקין'ען האָב איך קײן חן ניט געהאַט. דאָס איז הױיפּטזעכליך געװוען דערפֿאַר, װואָס די פֿערזען װואָס ער פֿלעגט אונז אַרױיסגעבען אױיסצולערנען אױיף אױיסװוייניג, פֿלעג איך קענען קױם „אױיף אַ דרײַ".

סתם לערנען אױיף אױיסװוייניג איז אַלע שילער געװוען אונאַנגענעהמס, אָבער פֿילע פֿון די אַנדערע פֿלעגען מיט אַזאַ אוראָק זיך געבען אַ מיה, און אַז מען פֿלעגט זײי אױיסרופֿען, פֿלעגט דאָס בײַ זײי געהן װוי אַ קאַפּיטעל תהלים בײַ אַן אונטערזאָגער. איך האָב צו דעם קײן געדולד ניט געהאַט, און בײַ מיר פֿלעגט דאָס זעלטען אַרױיסקומען גלאַט. אַ פֿאַר מאָל פֿלעגט איך זיך פֿאַרטשעפּען, שטעהן און װוארטען ביז איך װועל זיך דערמאַנען אָדער דער לעהרער װועט מיר דערמאַנען.

װואָס פֿאַר אַ מאָמענט דאָס איז געװוען! איך שטעה און שװוייג, און מיר קלאַפּט דאָס האַרץ. די אַנדערע שילער קוקען אױיף מיר — װוער מיט מיטלייד, און װוער קװועלענדיג פֿון מײַן אונגליק; און דאַדיקין קוקט אױיף מיר דורך זײַנע בלױיע ברילען, קוקט און װוארט װוי אַ קאַלטער גזלן.

װוען דער שילער האָט דעם אוראָק ניט געװואוסט, פֿלעגט ער צו איהם זאָגען: „סאַדיטעס!" (זעצט זיך אַנידער) מיט אַ ספּעציעלען טאָן און מיט אַ ספּעציעלער אױיסשפּראַכע. אין דעם װוארט פֿלעגען קלינגען פֿאַרדרוס, סטראַשונאַק און לעהרערישע זעלבסטבאַװואוסטזײַנדע.

און אין אונזער לעבען צװוישען זיך, װוען אײַנער פֿלעגט עפּעס זאָגען אַ נאַרישקייט, אָדער האָבען אַ טעות, אָדער 326ניט װויסען װואָס צו ענטפֿערען אױיף אַ פֿראַגע, פֿלעגען מיר אױיף שפּאַס איהם זאָגען „סאַדיטעס!", פּונקט װוי דאַדיקין פֿלעגט דאָס אױיסרײידען.

איך בין געװוען איבערצייגט, אַז דאַדיקין באַהאַנדעלט מיר ניט מיט יושר.

אײַנמאָל, בײַ דעם אָנפֿאַנג פֿון דעם יאָהר, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין דעם דריטען קלאַס, האָט בײַ מיר געפֿלאַצט די געדולד. װוען ער האָט צו מיר געזאָגט זײַן „סאַדיטעס!" האָב איך אױיסגעשריען:

— איהר טשעפּעט זיך צו מיר!

— סאַדיטעס! — האָט ער איבערגעזאָגט, קום קאַנטראָלירענדיג זײַן צאָרן.

— איהר טשעפּעט זיך צו מיר! — האָב איך געשריען װוי אַ װוילדער.

— סאַדיטעס!

— צי איך װועל זיצען, צי איך װועל שטעהן, דער פֿאַקט איז דערזעלבער: איהר טשעפּעט זיך צו מיר!

אַזױי „װוידערשפּעניגינגען" האָט זיך פֿריהער נאָך קײנער ניט ערלױיבט.

עס איז געװוען אַ סענסאַציע. דאַדיקין האָט מײַן פֿאַרברעכען באַריכטעט דעם דירעקטאָר, און מען האָט גערופֿען אַ לעהרער-ראַט. דאָס איז געװוען אַ פֿרײַטאָג. די לעהרער האָבען זיך פֿאַרזאַמעלט נאָכמיטאָג, און זײי זײַנען אָפּגעזעסען ביז שפּעט אין אײַנער. די אַנדערע שילער זײַנען אַװועק „אין שטאָדט". מיר אָבער האָט מען דעם בילעט שױין ניט געגעבען.

װואָס דער לעהרער-ראַט האָט באַשלאָסען האָב איך יענעם אָװוענד ניט געװואוסט. די שילער װואָס זײַנען געקומען נאָכמיטאָג אין אינסטיטוט זײַנען געװוען זיכער אַז מען האָט מיר אױיסגעשלאָסען.

אױיף מאָרגען, שבת, אין דער פֿריה, װוען איך בין אומגעגאַנגען איבער'ן גרױיסען הױיף מיט אַ ביכעל אין האַנט, דערהער איך ליעפֿין'ס באַסאָװוע שטימע הינטער זיך. דער קלענערער 327הױיף'ל איז אַרױיסגעקומען אױיף אַן אַנדער גאַס, און ער איז איצט גראַד דורכגעגאַנגען, געהענדיג פֿון יענער גאַס צו דעם סקװוער.

— צו װואָס האָט איהר דאָס באַדאַרפֿט, קאָהאַן? — האָט ער געזאָגט. — „ניט געװוען קײן אונגליק, האָבען די שדים איהם אָנגעפּאַמפּעט" — האָט ער צוגעלייגט אַ רוסישען שפּריכװוארט. — איצט װועט איהר דרײַ מעת-לעת זיצען אין קאַרצער אױיף ברױיט און װואַסער און אַ גאַנצען װוינטער ניט אַרױיסגעהן אין שטאָדט.

אױיף דיזען אָרט האָב איך זיך דערװואוסט מײַן פּסק.

װוען מען האָט מיר אַרײַנגעפֿיהרט אין קאַרצער איז געװוען ערב יום כפּור.

קײן ספּעציעלען געפֿענגניס צימער האָט דער אינסטיטוט ניט געהאַט. מײַן טורמע איז געװוען אין דעם װואַשע-צימער פֿון דעם האָספּיטאַל. דאָרטען האָב איך די דרײַ נעכט באַדאַרפֿט שלאָפֿען אױיף דער הױילער פֿאָדלאָגע אָדער אין דער קופֿערנער װואַנע.

די פֿליכט מיר אַהין אַרײַנצופֿיהרען און פֿאַרשליסען איז געפֿאַלען אױיף טראַצקי'ן דעם עקאָנאָם. ער האָט באַדאַרפֿט זעהן, אַז איך זאָל ניט האָבען אױיף װואָס צו שלאָפֿען און קײן אַנדער שפּײַז װוי ברױיט מיט װואַסער. ער האָט געװואוסט, אַז מײַנע חברים האָבען פֿאַר מיר אָנגעגרייט װואָס צו עסען. ער האָט זיך אָבער געמאַכט ניט-װויסענדיג. איך האָב אין דעם װואַשע-צימער געפֿונען אַ גאַנצען באַרג מיט בולקעס, עטליכע „נאַפֿאָלעאָנטשיקעס", אַ פֿאַר טוץ אַפֿעלסינען און עטליכע אױיבערדעק צו דינען מיר אַנשטאָט קישענס און קאָלדרעס.

אױיף צו לעזען האָב איך אין קאַרצער גענומען טאָלסטאַי'ס „קריג און פֿרידען" — צװוייי גרױיסע, דיקע בענדער — און עפּעס נאָך אַ װוערק.

מײַן געלעגער האָב איך זיך געמאַכט אױיף דער פֿאָדלאָגע. די װואַנע האָב איך געברױיכט אַלס אַ סקלאַד צו האַלטען די פּראָװויזיע.

מען האָט מיך פֿאַרשפּאַרט בײַנאַכט, און קײן ליכט האָט מען מיר ניט געגעבען. לעזען איז געװוען אונמעגליך.

װוען איך בין אױיפֿגעשטאַנען אין דער פֿריה, האָט זיך אַרױיס328געצײַגט אַז די סעודה װואָס די חברים האָבען פֿאַר מיר אָנגעגרייט, האָבען די מײַז צוגריזשעט.

איך האָב גענומען קלאַפֿען אין טיר, ביז עס איז צוגעקומען אײַנער פֿון די דינער. איך האָב איהם געזאָגט אַז איך האָב ניט קײן ברױיט. אַזױי װוי עס איז געװוען יום כפּור, איז טראַצקי אַװועק געװוען אין שוהל, און עס איז ניט געװוען צו װועמען זיך צו װוענדען. מײַנע חברים האָבען זיך דערװואוסט. זײי האָבען געפּרובט אַרײַנשמוגלען נײַע שפּײַז. עס איז אָבער געװוען אונמעגליך. ענדליך האָט אײַנער פֿון זײי זיך געמאַכט האַרץ און געגאַנגען זאָגען דעם דירעקטאָר, אַז קאַהאַן קלאַפֿט אין טיר און באַקלאַגט זיך, אַז מען האָט איהם ניט געגעבען קײן ברױיט.

— עס מאַכט ניט! זאָל ער אַביסעל צוהונגערען — האָט קאַטעלניקאָװו געענטפֿערט.

שפּעטער איז געקומען טראַצקי און האָט מיך געבראַכט ברױיט, און די שילער — נײַע גוטע זאַכען.

איך האָב זיך גענומען לעזען „קריג און פֿרידען". אַ גרױיסע טייל פֿון די ערשטע בלעטער זײַנען געװוען פֿאַרנומען מיט געשפּרעכען אין אַריסטאָקראַטישער געזעלשאַפֿט; און אַזױי װוי אין דער נאַפֿאָלעאָנישער צײַט, צו װועלכער דער ראָמאַן איז שייך, האָט די הױיכע רוסישע געזעלשאַפֿט צװוישען זיך געװועהנליך גערעדט פֿראַנצויזיש, זײַנען די דאָזיגע געשפּרעכען געװוען איבערגעגעבען אין דיזער שפּראַך, און אונטען אין „פּוס-נאָטיצען", האָבען זיך געפֿונען רוסישע איבערזעצונגען (אין שפּעטערע אױיסגאַבען האָט טאָלסטאַי דאָס געענדערט: אין דעם טעקסט געהען די געשפּרעכען שױין אױיף רוסיש).

איך געדענק דעם שטאַרקען איינדרוק װואָס דאָס װוערק האָט אױיף מיר געמאַכט. מעהר פֿון אַלץ געדענק איך װוי איך האָב באַװואונדערט טאָלסטאַי'ס באַשרײַבונג װוי דער יונגערער װואָלקאָנסקי ליגט אין אַ הױיכען גראַד היץ, און װוי עס דוכט זיך איהם אַז ער הערט גרױיסע קלאַנגען. דאָס איז װואָהרשײַנליך געװוען דאָס ערשטע מאָל װואָס איך האָב אָפּגעשאַצט דעם קינסטלערישען אינהאַלט פֿון אַ פֿסיכאָלאָגישער שילדערונג.

329פֿון מײַן פֿענסטער האָב איך געקענט זעהן אײַנעם פֿון די פֿענסטער אין טראַצקי'ס װואוינונג. דעם ערשטען טאָג איז בײַ דעם פֿענסטער געזעסען טראַצקי'ס פֿרוי. מיט אַ גרױיסען מחזור אָדער סדור איז זי געזעסען. דאָס איז געװוען די אײַנציגע זאַך, װואָס האָט זיך געזעהן פֿון מײַן פֿענסטער. איך בין אָבער געװוען צופֿרידען. דער ראָמאַן האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַזאַ פֿאַרגעניגען, אַז איך האָב זיך נעפֿרעהט װואָס איך קען איהם לעזען גאַנצענע טעג.

פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט אײַנער אָדער צװוייי פֿון די שילער אָנקלאַפֿען אין טיר, און דורכ'ן טיר מיט מיר שמועסען בײַ אַ האַלבע שעה.

די דרײַ מעת-לעת זײַנען אַ סך אַנגענעהמער װוי איך האָב ערװוארטעט.

אַזױי װוי איך האָב דעם „טערמין" אָנגעפֿאַנגען אין אָװוענד, האָט מען מיך באַפֿרײַט אױיך אין אָװוענד. פּונקט 8 אוהר, װוען די שילער פֿון אַלע קלאַסען האָבען זיך פֿאַרזאַמעלט אין דעם עסזאַל, האָט מען מיך אױיך אַהין אַרײַנגעפֿיהרט. איך האָב פֿאַרנומען מײַן געװועהנליכען פּלאַץ.

אין המוציא-געזאַנג האָב איך קײן אַנטייל ניט גענומען. אַלץ האָט מיר אױיסגעזעהען זאָנדערבאַר. אין די דרײַ טעג זײַנען מײַנע אױיגען אַזױי צוגעװואוינט געװוארען צו דעם ענגען קרײַז פֿון דעם װואַשע-צימער, אַז אין די ערשטע מינוטען האָבען זײי װוייטער װוי אַזאַ קרײַז ניט געקענט זעהן.

איך האָב געפֿיהלט װוי אַלע קוקען אױיף מיר. איך בין געװוען שטאָלץ בײַ זיך.

מיט עטליכע מאָנאַט פֿריהער האָט דעם אינסטיטוט באַזוכט דער אידישער מיליאָנער פּאָליאַקאָװו, און בײַם געזעגענען זיך האָט ער צוגעזאָגט אַ מתנה פֿאַר די שילער: מוזיקאַלישע אינסטרומענטען. האָט זיך גראַד אַזױי געמאַכט, אַז די אינסטרומענטען זײַנען אָנגעקומען אין דער צײַט װוען איך בין געזעסען אין קאַרצער. די אינסטרומענטען זײַנען געװוען אױיסגערעכענט אױיף צו אָרגאַניזירען אַן אָרקעסטער פֿון די שילער, און דעם 330צעטעל האָט צוזאַמענגעשטעלט עבאַ, װועלכער האָט זיך אונטערגענומען אונז צו לערנען שפּילען. עס זײַנען אָנגעקומען צװוועלף פֿידלען, אַן אַלט, אַ װויאָלאַנטשעל, צװוייי פֿלייטען און צװוייי קלאַרנעטען. די פֿידלען מיט די פֿלייטען האָט מען גלייך צוכאַפּט. די אַנדערע אינסטרומענטען און אײַן קלאַרנעט האָט מען אױיך װוי עס איז אַרױיסגע'פּטר'ט. אױיף דעם צװוייטען קלאַרנעט אָבער האָט זיך קײן בעל ניט געפֿונען. װוען איך בין אַרױיס פֿון קאַרצער, איז דאָס געװוען דער אײַנציגער פֿרייער אינסטרומענט, און אַזױי װוי מיר האָט זיך זעהר געװואָלט זײַן אין דעם אָרקעסטער, האָב איך קײן אַנדער ברירה ניט געהאַט װוי צו װוערען אַ „קלאַרנעטיסט".

פֿידעל שפּילען האָט עבאַן די שילער אַלײן געלערענט. צו די קלאַרנעטען און פֿלייטען אָבער האָט ער צוגעדונגען צװוייי מוזיקאַנטען פֿון זײַן טעאַטער אָרקעסטער. דער קלאַרנעטיסט איז געװוען אַ דאַרער יונגערמאַן מיט אַ קליינע שװוארצע בערדעלע. דער צװוייטער — אַ גרױיסער, דיקער מאַן, אַ געגאָלטער און אַ שמייכעלדינער, אַ איד מיט אַ קליינינקע שפּאַנישע בערדעלע אונטער'ן ליפּ.

דער דאַרער איז אַלזאָ געװוען מײַן לעהרער. רוסיש האָט ער קױם געקאַנט אױיסריידען אַ װוארט, און אידיש ריידען האָט מען ניט געטאָרט. האָט ער זיך נעבאַך געמאַטערט, און מיר, זײַנע צװוייי שילער, האָבען קױם פֿאַרשטאַנען װואָס ער מיינט. אַפֿילו די טיילען פֿון זײַן אינסטרומענט האָט ער ניט געקענט אָנרופֿען אױיף רוסיש. „קלאַפֿאַן", צום בײַשפּיעל, האָט בײַ איהם געהייסען „קלאַפֿע".

זײַן נאָמען געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר, אַז ער איז געװוען אַ שװואָגער פֿון „גדליה'קע דעם קלעזמער", װועלכען מען האָט גערעכענט פֿאַר דעם גרעסטען פֿידעל-שפּילער אין שטאָדט. פֿאַרשידענע אַנעקדאָטען פֿלעגט מען װועגען דעם דאָזיגען גדליה'קע דערצעהלען — װועגען איהם פֿערזענליך און װועגען די װואונדער פֿון זײַן שפּילען. גדליה'קע'ס פֿאָטער איז אױיך געװוען אַ קלעזמער, און זײַנע ברידער אױיך; און די שװועסטער האָבען 331חתונה געהאַט פֿאַר קלעזמער. דאָס איז געװוען די באַריהמטסטע מוזיקאַנטען-פֿאַמיליע אין דעם װוילנער געגענד.

אַרױיסברענגענען פֿון דעם קלאַרנעט אַ גוטען טאָן האָב איך זיך אױיסגעלערענט לײַכט; און װוען איך האָב געשפּילט אַלײן, אָהן אַן אָרקעסטער, איז בײַ מיר געגאַנגען נישקשה. װוען איך האָב אָבער געדאַרפֿט אַנטייל נעהמען אין דעם אָרקעסטער, איז מיר געװוען שװוער צו האַלטען צו דעם טאַקט. איך פֿלעג צוטומעלט װוערען און בלייבען הינטערשטעליג.

איך בין ניט געװוען דער אײַנציגער אַזעלכער. עבאַ פֿלעגט זיך כאַפֿען פֿאַר'ן קאָפּ, שרייען; עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען.

ער האָט געהאַט אַ שטאַרקע אַמביציע אונזער אָרקעסטער אײַנצוסטראָאירען, װואָרים דער „פּאָפּעטשיטעל" איז אין דעם געפֿאַראינטערעסירט, און דער עיקר — דער אַלמעכטיגער פּאָליאַקאָװו פֿון פּעטערסבורג. ער האָט געאַרבעט מיט אַלע כחות, ביז ער האָט, װוי עס איז, געהאַט ערפֿאָלג.

אַ פֿאַר װוערטער װועגען פּאָליאַקאָװו'ען און זײַן װויזיט.

געשטאַמט האָט ער פֿון אַ גאַנץ געװועהנליכער אידישער פֿאַמיליע אין דינאַבורג (דװוינסק). איצט אָבער איז ער געװוען אַ פּאָדריאַדטשיק אױיף בױיען אײַזענבאַהנען און האָט זיך געװואָרפֿען מיט מיליאָנען. דורך דעם האָט ער געהאַט פֿאַרבינדונגען אין די העכסטע רוסישע קרײַזען און אַ גרױיסע איינפֿלוס. װוען אַ רוסישער קניאַז אָדער גראַף איז געװוען געברױיכט, פֿלעגט פּאָליאַקאָװו איהם געבען אַ קלומערשט'דיגע שטעלע בײַ זיך און צאַהלען איהם אַ הױיכען געהאַלט. מען פֿלעגט דערצעהלען, אַז אין זײַן פֿאָדערצימער קען מען אימער געפֿינען הױיכע רוסישע אַריסטאָקראַטען (פּונקט אַזאַ סצענע װוערט פֿאָרגעשטעלט אין טאָלסטאַי'ס „אַננאַ קאַרענינא", נאָר אַנשטאַט פּאָליאַקאָװו, איז דער נאָמען באָלגאַרינאָװו). פּאָליאַקאָװו איז געװוען אַן אומװויסענדער מענש, אָבער דאָס האָט איהם ניט געשטערט צו זײַן ראָלע.

װוי אַזױי ער קומט צו באַזוכען דעם אינסטיטוט, װוייס איך ניט גענוי. געהערט האָב איך דאָס פֿאָלגענדע: אין אַ געשפּרעך מיט דעם מיניסטער פֿון בילדונג האָט פּאָליאַקאָװו אַרױיסגעװויזען 332אַן אינטערעס אין דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער רוסישער שפּראַך צװוישען אידען. דורך דעם איז געקומען צורייד װועגען אונזער אינסטיטוט, און מען האָט איהם אײַנגעלאַדען זעהן װואָס פֿאַר אַ „גוטע רוסען" מען מאַכט פֿון אונז.

ער איז צו אונז געקומען מיט זײַן זוהן. דאַװויד, דאַכט זיך, האָט ער געהייסען. דער פֿאָטער האָט אױיסגעזעהן אַזױי װוי אַ מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע-און-פֿופֿציג, מיט אַ רױיטען פּנים, באַדעקט מיט שטעכיגע װוייסינקע הערעלעך. און זײַן זוהן איז געװוען אַ יונגערמאַן מיט אוממודריגע אױיגען און מיט אָנגעלאָזענע באַקען. געבראַכט צו אונז האָט זיי דער פּאָפּעטשיטעל אַלײן. אין דער באַגלייטונג פֿון דעם דירעקטאָר, האָט די קאָמפּאַניע באַזוכט אַלע אונזערע קלאַסען. עבאַ איז אױיך געקומען און ער האָט די געסט געװויזען, װוי פֿײַן מיר קענען זינגען רוסישע לידער.

און װוען זײי זײַנען אַװועקגעפֿאָהרען, האָבען מיר זײי איבערגעקרימט — דעם עלטערען פּאָליאַקאָװו מיט זײַנע גרױיע הערעלאַך, און דעם זוהן — מיט זײַנע אָנגעלאָזענע באַקען. און אונזער לוסטיגער לעהרער, ריעזאַנאָװו, האָט זײי איבערגעקרימט אױיף זײַן שטייגער.

— װואָס איז דאָס פֿאַר אַ פּנים? — האָט ער געזאָגט, מאַכענדיג אַ משונה'דיגע אָװואיע — יאָ געגאָלט און ניט געגאָלט! היינט דער זוהן! (דערבײַ האָט ער געמאַכט אַזאַ פֿאַר אָנגעבלאָזענע באַקען, אַז מיר האָבען זיך געהאַלטען בײַ די זײַטען פֿון געלעכטער).

8
די שילער. — עטליכע פֿון זײי. — מיר גיבען אַרױים אַ זשורנאַל.

מיט יאָהרען שפּעטער האָט אײַנער פֿון די באַקאַנטע רוסישע רעװואָלוציאָנערען מיר דערצעהלט װועגען דעם לעבען אױיף קאַטאָרגע. צװוישען אַנדערע זאַכען, האָב איך פֿון איהם געהערט, אַז דאָס, װואָס זײי זײַנען געװוען צוזאַמען, האָט ניט גוט געװוירקט 333אױיף זייערע באַציהונגען צװוישען זיך. זײי זײַנען זיך מיאוס געװוארען. דער טייערסטער חבר, אַ רעװואָלוציאָנער, מיט װועלכען מען האָט צוזאַמען געשטעלט דעם לעבען אין קאָן, איז געװואָרען אונאַנגעטרעגליך.

אין אַ געװויסען זין האָט דאָס זעלבע פּאַסירט אַלס רעזולטאַט פֿון אונזער געצװואונגענעם לעבען אימער אײַנעם — אין אײַן שלאָף-צימער, בײַ אײַן טיש צום עסען, אין אײַן קלאַס-צימער, אין אײַן קאָרידאָר. עס זײַנען געװוען פֿריינדשאַפֿטען, אָבער פֿאַרהעלטענסמעסיג װוייניג. ביטערע קריגערייען און לאַנגע גיפֿטיגע ברוגז'ן זײַנען אױיך ניט געװוען קײן צו-אָפֿטע זאַך, אָבער אין האַרצען האָט מען זיך ניט ליב געהאַט.

נאָך װואַקאַציע-צײַט, װוען מען האָט זיך װוידער פֿאַרזאַמעלט נאָך אַ שיידונג פֿון עטליכע װואָכען (אין אינסטיטוט פֿלעגט אױיף זומער איבערבלייבען נאָר אַ קליינע צאָל שילער), פֿלעגען די באַציהונגען זײַן גאַנץ אַנדערע. די ערשטע פֿאַר טעג האָט מען זיך זאָגאַר נעפֿרעהט אײַנער מיט'ן אַנדערען. דערנאָך אָבער פֿלעגט מען זיך װוידער מיאוס װוערען.

עס זײַנען געװוען אױיסנאַמען. אין מײַן קלאַס, צום בײַשפּיעל, איז געװוען אַ שילער מיט'ן נאָמען טראַצקי, אַ װוילקאַמירער; האָבען מיר איהם אַלע גע'ליבט. ער איז געװוען אַ מילדער, אַ גוטער. ער האָט צו קײנעם ניט געהאַט קײן אַנדערע געפֿיהלען װוי פֿריינדליכע. און אַזױי האָבען מיר אַלע געפֿיהלט צו איהם אױיך.

ער איז געװוען העכער װוי פֿון מיטעלען װואוקס און ניט קײן מאַגערער. ער פֿלעגט אױיפֿשטעהן זעהר פֿריה און אומגעהן הין און צוריק איבער'ן קאָרידאָר, אַמאָל לערנען דעם אוראָק און אַמאָל גלאַט אַזױ. דערבײַ האָט ער געהאַט אַ געװואוינהייט זיך צו האַלטען בײַ דער סאַמע װואַנט. ער איז ניט געװוען עלטער פֿאַר די אַנדערע שילער. אױיף שפּאַס אָבער פֿלעגט ער ליב האָבען צו שפּילען די ראָלע פֿון אונזערען אַ זיידען. ער פֿלעגט צוגעהן צו אַ חבר, איהם אָננעהמען פֿאַר'ן שפּיץ מאָרדע און זאָגען: „אַך דו נאַרעלע!" (אַנשטאַט דעם װוארט „נאַרעלע", פֿלעגט ער געברױיכען אַנאַנדער װוארט, אַ שפּאַסיג-אונאַנשטענדיגען, װועלכער איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ זיידען).

334האָבען מיר איהם אַ נאָמען געגעבען „זיידע".

זײַן קאָרטעננער קאָסטיום איז אױיף איהם אימער געװוען צו-שמאַל, און די קאָרטענע הױיזען — צוקורץ. זײַן פֿליישיגער קערפֿער פֿלעגט אַרױיססטאַרטשען. װוען ער איז געװוען אַנגעטאָן װואַכעדיג, איז דער אַלגעמיינער איינדרוק געװוען װוי פֿון אַ געזונטען דאָרפֿס-יונג, גאָרניט װוי פֿון אַ זיידען. צו זײַן כאַראַקטער האָט זיך אָבער דער נאָמען געפּאַסט. יעדענפֿאַלס האָט דער נאָמען גוט אױיסגעדריקט אונזערע געפֿיהלען צו איהם, און אַזױי האָבען מיר איהם גערופֿען, ביז מיר האָבען איהם געענדיגט.

װוען מיר זײַנען געװוען אין דריטען קלאַס, האָבען מיר איהם צוגעגעבען אַ באַבע.

אַ שילער פֿון גראָדנא, מיט'ן נאָמען סענאַ, מיט זעהר װוייכע האָר פֿון אַש-קאָליר, פֿלעגט אָפֿט זיצען און טראַכטען שטילערהייט; שפּילען זיך מיט זײַנע װוייכע זײַדענע האָר און טראַכטען. ער איז דאָס געװוען דער שילער, װוענען װועלכען איך האָב אױיבען געזאָגט, אַז ער האָט גוט געקאָנט העברעאיש און דקדוק. ער איז געװוען אַ פֿעהיגער מענש. װוען ער פֿלעגט זיצען פֿאַרטראַכטערהייט, פֿלעגט ער װוירקליך אױיסזעהן עלטער װוי אַלע אַנדערע שילער. און אפֿשר איז ער טאַקע געװוען עלטער. מיר פֿלעגען זאָגען, אַז ער זיצט, װוי ער זיצט, און „באַבעצע". ביז אימיצען — איך געדענק ניט װועמען — איז אײַנגעפֿאַלען דער געדאַנק איהם צו קרױינען פֿאַר אַ „באַבען" צו אונזער „זיידען".

איינמאָל, אין אַ שבת-צו-נאַכט, װוען די שילער האָבען זיך אומגעקעהרט פֿון „שטאַדט", האָט אײַנער פֿון אונזער קלאַס, אַ שילער מיט'ן נאָמען צילשטיין (אַ שװואַגער פֿון מײַן אַמאָליגען רבי'ן, חאצקעל), אַרױיסגענומען פֿון בינטעל אַ מתנה פֿאַר דער „באַבען". די מתנה איז געװוען אַ בינטעל „פּראָטקעס" (שפּיזעלעך, מיט װועלכע אידענע אַרבייט אַ זאָק) און ער האָט דאָס דערלאַנגט סענאַ'ן.

דער שפּאַס האָט אונז געגעבען שטאָף פֿאַר געלעכטערס און װויצען אױיף אַ גאַנצען װוינטער.

מען האָט אױיך גערעדט װועגען קױיפֿען אַ לולקע פֿאַר'ן „זיידען". אָבער צי מען האָט דאָס פֿאַרװוירקליכט, געדענק איך ניט.

335איך האָב שױין געזאָגט, אַז שאַרפֿע קריגערייען זײַנען פֿאַרגעקומען ניט אָפֿט. גװואַלדיגע זידעל-װוערטער האָט מען געהערט זעלטען. און צו געשלעג איז קײנמאָל ניט געקומען. יעדענפֿאַלס איז אין מײַן זכרון ניטאָ קײן אײַנציגער פֿאַל אַזעלכער. דער געװוייניגליכער שימפֿ-װוארט איז בײַ אונז געװוען „אױיספֿאַרטשעננני" (פֿאַרדאָרבענער).

עס זײַנען געװוען שילער, װועמען די אַנדערע פֿלעגען אין אמת'ן האַלטען פֿאַר „אױיספֿאַרטשעננע" און זײי טאַקע אַזױי רופֿען צװוישען זיך. אָבער אַזעלכע איז געװוען ניט מעהר װוי אײַנער, העכסטענס צװוייי אין אַ קלאַס. אין אַלגעמיין זײַנען די שילער געװוען עהרליכע בחורים, מיט אַנשטענדיגע כאַראַקטערס און זײי האָבען דאָס אָנערקענט אײַנער אין דעם אַנדערען. מען פֿלעגט גלאַט באַריידען אײַנער דעם אַנדערען, אַנװוייזען אױיף פֿעהלערען, אָפֿלאַכען, אָבער דאָס איז דאָך אַ גאַנץ געװועהנליכע טבע בײַ מענשען. פֿאַראַן אַ סך אמת גוטע מענשען, װואָס זײַנען גרױיסע באַריידער און העצע-מאַכער.

װואָס עס טוט זיך בײַ יענעם אין האַרצען, װוייסט מען ניט. אפֿשר טראַכט זיך אימיצער אַרום מיט פֿאַרברעכענס אין זײַנע געדאַנקען און אױיף זײַנע באַקאַנטע מאַכט ער דער איינדרוק פֿון אַ מענשען, װואָס עס קען קײן צװוייי ניט צעהלען. עס טרעפֿט אַמאָל אַן אונאַנגענעהמע איבעראַשונג. אַזאַ איבעראַשונג האָט געהאַט דער אינסטיטוט, בשעת איך בין געװוען אין ערשטען קלאַס. די פּאַסירונג האָט מען אָבער געדענקט פֿילע יאָהרען שפּעטער אױיך.

עס האָבען זיך גענומען באַװוייזען צייכענס פֿון אַ געהיימער האַנט, װואָס שטרעבט אַנצוטאָן סענסאַציאָנעלע שאַדענס. צום בײַשפּיעל: איבער דער גאַנצער לענג פֿון דעם קאָרידאָר פֿלעגט אין געװועהנליכע טעג ליגען אַ געשטריקטער קאָװואָר (ראָנער); האָט מען איינמאָל, אין דער פֿריה, װוען מען איז אױיפֿגעשטאַנען פֿון שלאָף, איהם געפֿונען באַגאָסען מיט טינט. עס האָט נאָך ניט פֿאַספּיעט איבערצוגעהן דיזע סענסאַציע, װוי מען האָט געפֿונען אַ נייעם סקאַנדאַליעזען היזק.

336װוער האָט דאָס אַלץ געטאָן? װואָס פֿאַר אַ צװועק האָט ער דערבײַ?

די געשיכטע האָט אָננעמאַכט אַזאַ נערודער, אַז דער פּאָפּעטשיטעל אַלײן איז געקומען און װוענען דעם געהאַלטען אַ רעדע אין יערען קלאַס. ער האָט צו אונז אַפּעלירט, אַז מיר זאָלען ענטדעקען דעם פֿאַרברעכער. און אױיב די „העסליכקייטען" װועלען ניט אױיפֿהערען — האָט ער געסטראַשעט — װועט מען צומאַכען דעם אינסטיטוט.

די שילער פֿון פֿערטען קלאַס האָבען די זאַך גענומען ספּעציעל ערנסט, װוארים זײי האָבען שױין געהאַלטען נאַהענט צו ענדיגען, און װוען מען זאָל צומאַכען דעם אינסטיטוט, װואָלט זײיער גאַנצע מיה פֿאַרלאָרען געגאַנגען.

זײי האָבען אױיך געהאַלטען רעדעס פֿאַר די שילער פֿון די אַנדערע קלאַסען. זײי האָבען זיך געבעטען, מיר זאָלען דעם שולדיגען כאַפֿען, מיר זאָלען ראַטעװוען דעם אינסטיטוט.

פֿון זײיערע רעדעס האָבען מיר אָפּגעלאַכט (עס איז איבערהױיבט געװוען אַ מאָדע אָפּצולאַכען פֿון די העכערע שילער). אױיפֿגעבראַכט פֿון די סקאַנדאַלען זײַנען מיר אָבער אַלע געװוען.

די שילער פֿון פֿערטען קלאַס האָבען זיך אָרגאַניזירט אין אַ מין דעטעקטיװו קאָמיטעט און געהיט דעם אינסטיטוט אַזױי, אַז די אַנדערע קלאַסען זאָלען דאָס ניט באַמערקען.

איינמאָל האָט מען אױיף דער פּאָדלאָגע פֿון דעם טואַלעט, ביים װואַשען, באַמערקט אַ בערגעלע צושאָטענע קאַלך. דאַן האָט מען דערזעהן, אַז דער גאַז-רעהר איז אַביסעל צודרעהט. די „דעטעקטיװוס", צוזאַמען מיט'ן עקאָנאָם און מיט'ן דירעקטאָר, האָבען אַלץ באַקוקט און אױיסגעפֿאָרשט און זײי זײַנען געקומען צום שלום, אַז דער היזק-מאַכער האָט געװוואָלט צוברעכען דעם רעהר און אַרױיסלאָזען דעם גאַז, נאָר אימיצער איז אַרײַנגעקומען, און ער האָט געהאַלטען אין מיטען דער אַרבייט, און ער איז געצוואונגען געװוען גלייך אױיפֿצוהערען און פֿאַרשװואונדען. זײי זײַנען אָבער געװוען זיכער, אַז ער גלױיבט, אַז מען האָט גאָרניט באַמערקט, און אַז ער װועט זײַן אונטערנעהמונג פֿרואָװוען פֿאַרענדיגען.

די „דעטעקטיװוס" האָבען גענומען היטען דעם טואַלעט. אײַנ337צינװוייז האָבען זײי זיך פֿאַרשלאָסען אין אײַנעם פֿון די טואַלעט-צימערלעך און געקוקט דורכ'ן לעכעל פֿון שלאָס. זײי האָבען זיך גע'ביטען. אַלע צװוייי שטונדען האָט די פֿליכט ערפֿילט אַן אַנדער שילער פֿון פֿערטען קלאַס. זײי האָבען זיך אָרגאַניזירט צו האַלטען די װואַך טאָג און נאַכט.

מען האָט איהר אָבער לאַנג ניט באַדאַרפֿט אָנהאַלטען. דער צװוייטער אָדער דריטער װועכטער האָט אין אַ געװויסען מאָמענט געזעהן, װוי עס קומט אַרײַן אַ שילער, קוקט זיך אַרום, נעמט אַ כאַפּ דעם גאַז-רעהר און הױיבט איהם אָן צו רייסען מיט אַלע כחות. דער „דעטעקטיװו" איז אַרױיסגעפֿלױיגען פֿון זײַן באַהעלטעניש און אַרױיפֿגעשפּרונגען אױיף דעם פֿאַרברעכער.

עס איז געװוארען אַ מהומה, אַ נערװועזע אױיפֿרעגונג, אַ װוילדער געשרייי.

דער שולדיגער איז געװוען אַ שילער פֿון דעם דריטען קלאַס, װועלכען קײנער האָט ניט חושד געװוען. ער איז געװוען אַ שטילער בחור, פֿון די, אױיף װועמען מען זאָגט, אַז זײי קענען אַ פֿליג אױיף דער װואַנט ניט אָנריהרען.

ער איז געװוען אײַנער פֿון די גאַנץ װוייניגע שילער אין אינסטיטוט, װועלכע האָבען געהאַט רײַכע עלטערען. די פֿאַמיליע האָט געװואוינט אין ראָם'ס הױיף, װואו עס האָט זיך געפֿונען די רוסישע דרוקערייי, און װואו איך האָב אַמאָל געלערענט בײַ ישיעה באַלטערמאַנצער.

צו װואָס האָט ער געטאָן די „העסליכקייטען", װוי דער פּאָפּעטשיטעל האָט דאָס גערופֿען?

ער איז געװוען אײַנער פֿון די גאַנץ װוייניגע שילער אין אַן עקזאַמען דורכגעפֿאַלען. און ער איז געװוען זיכער, אַז יענעם יאָהר װועט ער װוידער דורכפֿאַלען. אין אינסטיטוט אָבער האָט מען מעהר װוי פֿינף יאָהר ניט געקאָנט זײַן. װוען אײַנער פֿלעגט דורכפֿאַלען אַ צװוייטען מאָל, פֿלעגט מען איהם אױיסשליסען. אום אַלזאָ אױיסצומיידען די שאַנדע, האָט ער זיך באַשלאָסען צו שאַפֿען אַזאַ לאַנגע, אַז מען זאָל דעם אינסטיטוט צומאַכען, איידער עס װועט קומען צו די עקזאַמענס. װוען מען װואָלט איהם ניט געכאַפּט, איידער 338עס איז שױין געװוען צו שפּעט, װואָלט אפֿשר אַרױיסגעקומען אַ געפֿעהרליכע שרפֿה. ער איז אָבער געװוען באַצײַטס אױיף אַלץ.

עס זײַנען געװוען אַזעלכע, װואָס האָבען ליב געהאַט אימיצען אָפּצוטאָן אַ שפּיצעל. און אַמאָל פֿלעגט דער שפּאַס אָרגאַניזירט װוערען פֿון עטליכע שילער, און זאָגאַר פֿון אַ גאַנצען קלאַס. צום בײַשפּיעל: אַ יינגעל האָט געקראָגען אַ געװויסען בוך, פֿון װועלכען אײַנער פֿון די לעהרער האָט געשאַפֿען זײַן „אײַגענע" חכמה — יענע באַמערקונגען זייערע, װואָס זײַנען אין אונזערע שול-ביכער ניט געװוען. דער יינגעל האָט קײנעם ניט געזאָגט, װואָס פֿאַר אַ בוך דאָס איז. מיר האָבען זיך אָבער דערװואוסט. אַלזאָ, װוען ער איז געזעסען און אים געלעזען, איז פּלוצלונג אימיצער אַרײַנגעקומען פֿון קאָרידאָר און אים אַזױ געזאָגט, אַז דער עקאָנאָם רופֿט אים. ער איז אַרױיס און װוען ער איז געקומען צוריק, האָט ער דעם בוך שױין ניט געפֿונען. דער פּסק איז געװוען, אַז יעדער פֿון אונז זאָל דעם בוך איבערלעזען, און אַז ער זאָל אים ערשט באַקומען דאַן, װוען מיר װועלען אַלע פֿאַרטיג װוערען.

דעם אינטערעסאַנטסטען שפּאַס האָט מען אָפּגעטאָן אַ שילער, װואָס האָט צו אָפֿט געקעמט מיט זײַנע האָר בײַם שפּיגעל. ער איז געװוען אין צװוייטען קלאַס (איך בין דאַן געװוען אין דריטען). ער האָט געהאַט שעהנע שװוארצע האָר, גרעדיכטע, װוייכע און גלאַנצינגע, און ער פֿלעגט זײי פֿאַרקעמלען װוי אַ פּאַרוק. ער איז געװוען אַ עהרליכער און אַ גוטער. אָבער פֿאַר קײן חכם האָט מען אים ניט געהאַלטען. און דיזען אינטערעס אין זײַנע האָר און אין זײַן קעמלען פֿלעגט ער אַרױיסװוייזען אין קאָמישע פֿאַרמען. אין מיטען לערנען דעם אוראָק, למשל, אין רעכטען מיטען התמדה, פֿלעגט ער פּלוצלינג אַרױיספֿליהען אױיפֿ'ן צװוייטען עטאַזש, און װואו מיר פֿלעגען זיך װואַשען און אָנטאָן, צופֿליהען צום גרױיסען שפּיגעל, באַקוקען זײַן „פּאַרוק" און נעהמען אים איבערקעמען.

אין אונזער קלאַס איז אױיך געװוען אַ שילער, װועלכער פֿלעגט זיך אינטערעסירען מיט זײַנע האָר, װוי אַ פֿרוייענצימער. ער פֿלעגט זיך שערען ניט בײַ דעם צירולניק פֿון אינסטיטוט, װוי אַלע, נאָר בײַ אַ „פֿאַרוק-מאַכער" אין שטאָדט. זײַנע פֿײַן אַרומגעשאָ339רענע האָר פֿלעגט ער אָפֿט גלעטען און טאַפּען. ער פֿלעגט דאָס אָבער טאָן אױיף אַ נאַטירליכען שטייגער. קײן געלעכטער פֿלעגט דאָס ניט אַרױיסרופֿען. דער שילער אָבער, װואָס האָט געקעמט זײַנע האָר אַלע װויילע, איז געװוען אַ קוואַל פֿון אײַביגען שפּאַס.

איינמאָל, בשעת דער נאַדזיראַטעל האָט צוטיילט די בריף, האָט דער „קעמעלניק" באַקומען אַ בריף פֿון זײַן שטעדטעל (אָדער פֿון אַ דערבייאיגען פּלאַץ).

עטליכע שילער פֿון זײַן קלאַס האָבען אים דערבײַ באָאָבאַכטעט; װוארים דער בריף איז געװוען אַ פֿאַברייצירטער. דעם פּאָסט-זיגעל האָט נאַכגעמאַכט (מיט אַ „טושעװואָלנעם" בלייישטיפֿט) אײַנער פֿון זײַנע מיטשילער.

די, װואָס האָבען דעם „קיבעץ" אָרגאַניזירט, האָבען געזעהן, װוי דער בחור מיט די שװוארצע האָר באַקוקט די אומבאַקאַנטע האַנט-שריפֿט אױיפֿ'ן אַדרעס, װוי ער לעזט דעם נאָמען פֿון דער שטאָדט אױיפֿ'ן „זיגעל", װוי, מיט אַן אױיסדרוק פֿון פֿאַרװואונדערונג, עפֿענט ער אױיף דעם קאַנװוערט, נעהמט אַרױיס דעם בריף און הױיבט אָן צו ליינען.

בײַ דער ערשטער שורה װוערט זײַן פּנים באַגאָסען מיט אַ פֿלאַמענדער רויטקייט; זײַנע אױיגען זײַנען פֿול מיט ערשטוינונג און מיט אַ נערװועזער נײַגעריגקייט. ער לעזט װוייטער. ער איז צוטומעלט, צוטומעלט פֿון גליק.

דער בריף איז פֿון אַ פֿריילין. ער קען איהר ניט. זי קען איהם אָבער יאָ. זי קען איהם גוט, זעהר גוט. זי האָט אים געזעהן דאָרטען און דאָרטען. ער איז איהר געפֿעלען געװוארען פֿון ערשטען בליק. זי איז גלייך באַצויבערט געװוארען. זי איז שטערבליך פֿאַרליבט אין איהם. זי קען איהר ליבע ניט קאָנטראָלירען. זי האָט געמוזט שרייבען צו איהם.

אין דעם בריף איז געװוען אײַנגעשלאָסען אַ צװוייטער בריף. די שרייבערין ערקלערט, אַז דאָס איז צו איהר אַ חבר'טע, װועלכע װואוינט אין װוילנא (דער אַדרעס איז געװוען אױיפֿ'ן קאַנװוערט). אין דעם אײַנגעשלאָסענעם בריף ליגט דער שרייבערין'ס פֿאָטאָגראַפֿישע בילד, װועלכען זי שיקט צו 340איהר. אַלזאָ, װוען ער װועט אַזױי גוט זײַן איבערגעבען דעם בריף צו איהר ליבער קוזינע, װועט יענע איהם װוייזען דעם בילד.

די סצענע איז פֿאָרגעקומען אין אַ מאָנטאָג, און געהן „אין שטאָדט" װועט ער ערשט קענען פֿרייטאָג אָװוענט. הײסט עס, אַז ער דאַרף אַ גאַנצע װואָך װוארטען.

אַ גאַנצע װואָך האָט די חברה פֿון איהם די אױיגען ניט אַראָפּגעלאָזען.

ער איז אַרומגעגאַנגען װוי אַ צומישטער. געװועהנליך פֿלעגט ער די אוראָקען לערנען פֿלייסיג. איצט האָט ער זײי קױם צונױיפֿגעטאַפּט. די האָר האָט ער געקעמט נאָך אָפֿטער װוי פֿריהער.

אַלע װויילע פֿלעגט ער אַרױיסנעהמען דעם בריף, צו דער קוזינע, און טאַפּען דעם „פֿאָטאָגראַפֿישען בילד", װועלכער איז געלעגען אײַנװוייניג.

ער האָט בוכשטעבליך ניט געקענט שלאָפֿען.

ענדליך האָט ער ניט אױיסגעהאַלטען. אין אַ געװויסען נאַכמיטאָג איז ער אַרױיף אױיפֿ'ן צװוייטען עטאַזש, האָט אױיסגעריסען דעם קאַנװוערט, און אַרױיסגענומען — אַ קעמעלע!

אײַנער פֿון יענע קעמעלעך, װואָס האָבען צײַנדלעך פֿון בײַדע זייטען, און די גרױיס פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישען בילד.

אײַנער פֿון די קאַנספּיראַטאָרס, װואָס האָבען פֿון איהם די אױיגען ניט אַראָפּגעלאָזען, האָט געזעהן װוי ער נעהמט אַרױיף אױיפֿ'ן צװוייטען עטאַזש; אַלזאָ, איז ער שטילערהייט איהם נאָכגעגאַנגען. דאָרטען האָט ער בײַגעװואוינט דעם טראַגיקאָמישען מאָמענט.

די נעקסטע סעקונדע האָט דער גאַנצער אינסטיטוט געקראַכט פֿון געלעכטער. און דער קרבן האָט געשריהען:

— איספֿאַרטשעננינע! איספֿאַרטשעננינע!

די אײַנצעלהייטען פֿון דעם פֿאַל האָט מען אױיסגעאַרבייט און דורכגעפֿיהרט אַ שילער מיט'ן נאָמען יאַקובאָװוסקי, פֿון בריסק. אײַדער ער איז אָנגעקומען אין אינסטיטוט, האָט ער געענדיגט פֿיער קלאַסען גימנאַזיע. ער איז געװוען אַ פֿעהיגער בחור 341און אַ טאַלאַנטפֿולער אױיך, אײַנער פֿון יענע װואָס טױיגען צו אַלץ. ער האָט געשפּילט פֿידעל, געריסעװועט, דערצעהלט אינטערעסאַנטע אַנעקדאָטען און צוגעקלערט אינטערעסאַנטע שפּאַסען. ער איז געװוען אַ גוטער חבר, און איז געװוען זעהר פּאָפּולער.

פּאָפּולער איז אױיך געװוען אַ שילער פֿון אַ העכערען קלאַס װוי אונזערער. אַ הױיכער-הױיכער ברונעט פֿון גראָדנא, מיט'ן נאָמען האַלפֿערן. זײַן פּאָפּולערקייט איז אָבער געװוען פֿון אַנאַנדער סאָרט װוי יאַקובאָװוסקי'ס. יאַקובאָװוסקי האָט ניט אַרױיסגעװויזען אַז ער פֿיהלט דאָס. האַלפֿערן װוידער האָט זיך געהאַלטען װוי דער פּאָפּולערסטער שילער אין אינסטיטוט. ער איז געװוען אַ לעבעדיגער יונג, און אַ פֿלינקער „גימנאַסט".

ער איז געװוען אַזױי הױיך געװואַקסען, אַז אױיפֿ'ן גאַס פֿלעגען מענשען זיך אָפּשטעלען קוקען אױיף איהם, און ער איז געװוען שטאָלץ מיט דעם. ער איז געװוען דער „ספּאָרט" פֿון אינסטיטוט, און צו איהם האָבען זיך געקלעפֿט פֿילע פֿון די שילער, הױיפּטזעכליך פֿון די יונגערע.

אַזױי װוי ער איז געװוען אײַנער פֿון די בעסטע אין גימנאַסטיק, און דער העכסטער אין װואוקס, פֿלעגט ער פֿיהרען דעם מאַרש. אַז ער האָט די רעאַל ליב געהאַט, האָט מען דאַן געקענט באַמערקען אין זײַן פֿיגור, אַזױי גוט װוי אױיף זײַן סימפּאַטישען שװוארצ-חן'עװודיגען פּנים. מיט די הענט צונױיפֿגעדריקט אין פֿױיסטען, מיט די אַרעמס אַביסעל אױיסגעשפּרייט, מיט זײַן שלאַנקען קרעפֿטיגען לאַנגען קערפּער גלייך װוי אַ סטרונא, פֿלעגט ער שפּרייזען מיט אַ מיליטערישען פֿייער, געהענדיג אַרום און אַרום דעם גימנאַסטיק-זאַל, דרעהענדיג זיך אַהין און אַהער, מיט די פּופֿציג-זעכציג אַנדערע שילער הינטער איהם, ביז ער פֿלעגט אונז אַרײַנפֿיהרען אין דעם גרױיסען עסזאַל. ער פֿלעגט דאָס טאָן מיט אַזאַ מאַניער, אַזױי װוי דער עסזאַל װואָלט געװוען אַ פֿעסטונג און ער, מיט אונז, זײַן אַרמעע, װואָלטען איהר אײַנגענומען נאָך אַ העלדישער אַטאַקע.

אַ מערקװוירדיגער „גימנאַסט" איז אױיך געװוען אַ שילער, װועלכער איז געװוען אַ סך קלענער אין װואוקס װוי האַלפֿערן — אַ בחור'ל מיט אַ קינדערשער פֿיגור און אַ קינדערשען פּנים'ל.

342איך מײַן דעם אױיבען-דערמאַנטען ביעליקאָװו'ען. זײַן קליינער קערפֿער איז געװוען אַ װאונדער גוט געבױיט, און ער איז געװוען זעלטען פֿלינק. ער פֿלעגט קלעטערען און שפּרינגען װוי אַ קאַץ, און מאַכען די געפֿעהרליכסטע קונצען. אָבער ניט נאָר אין גימנאַסטיק איז ער געװוען געראָטען, אין לערנען אױיך. ער האָט געהאַט אַן אױיסגעצייכענטען זכרון און גלענצענדע פֿעהיגקייטען צו מאַטעמאַטיק.

צװוישען די גוטע שילער איז געװוען אײַנער טאַמאַרין. ער איז געװוען מיט אַ קלאַס העכער פֿון מיר און מיט צװוייי-דרײַ יאָהר עלטער. פֿונדעסטװועגען פֿלעגען מיר אָפֿט פֿאַרברענגען צוזאַמען. איך פֿלעג ליב האָבען מיט איהם צו שמועסען.

אַ הױיכער, מיט ברייטע פֿלייצעס, מיט ניט קײן גלאַטען און ניט קײן שעהנעם, אָבער ניט קײן אונאַנגענעהמען פּנים; אַ רוהיגער, מיט אַ קלוגען שמייכעל, האָט ער מיר אינטערעסירט מיט זײַן באַלעזענהייט און מיט זײַן געלאַסענעם הומאָר. ער פֿלעגט פֿאַר מיר לעזען זײַנע „סאַטשינעניעס" (קאָמפּאָזיציאָנס), און איך פֿלעג זײי באַװואונדערען. די אַנדערע שילער האָבען אױיך געהאַט אַ הױיכע מיינונג װועגען איהם. און ער איז אין אַלגעמיין געװוען פּאָפּולער, אָבער אױיף אַ גאַנץ אַנדער אופֿן װוי יאַקובאָװוסקי אָדער האַלפֿערן. װוארים ער איז געװוען אַ שטילער מענש, און צו קאָמפּאַניעס שפּאַס-מאַכער האָט ער געהאַט װוייניג שייכות. זײַן הומאָר איז ניט געװוען פֿון דעם ספּאָרטישען סאָרט.

איך בין געװוען זיכער, אַז זײַן נאָמען װועט זיך הערען אױיף דער װועלט. אָבער דיזער סאָרט נביאות װוערט זעלטען מקוים.

פּאָפּולער איז אין מײַן צײַט אױיך געװוען אַ שילער מיט'ן נאָמען פֿאַס, פֿון שלמה קיסין'ס הױיף — אַ פּעטיטינקער, אַ רויטינקער, מיט אַ פֿרעהליכען שמייכעל (דער פֿאַס, װואָס איז אױיבען דערמאַנט געװואָרען צװוישען די טאַלאַנטפֿולע שילער פֿון דער צייכנונג-שוהל, איז געװוען אַ יונגערער ברודער זײַנער). ער איז אױיך געװוען אַ גוטער שילער. זײַן פּאָפּולאַריטעט

גריגאַרי ביעליקאָװו, פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער עלטער פֿון דרײַסיג יאָהר
גריגאַרי ביעליקאָװו. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער עלטער פֿון דרײַסיג יאָהר.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 342–343

343האָט ער אָבער געהאַט צו פֿאַרדאַנקען זײַן פּנים און זײַן שמייכעל ניט װוייניגער װוי זײַנע פֿעהיגקייטען.

אין אַ פֿריהערדיגען פּלאַץ איז מיר אױיסגעקומען צו באַמערקען װועגען אַ געװויסען שילער, אַז ער איז געװוען פּאָפּולער בײַ די לעהרער און אונפּאָפּולער בײַ די שילער. דאָס איז געװוען אַ קיטרער עגאַאיסט, אַ טשינאָװוניק. ער האָט פֿאַרשטאַנען װוי צו „דערדינען" זיך בײַ נאַטשאַלסטװוא. אין זײַנע באַציהונגען צו די חברים אָבער איז ער געװוען ענג-הערציג, קאַרג און פֿאַלש.

אַ צװוייטען האָבען די שילער ניט געליבט, אײַנפֿאַך װוייל ער האָט געהאַט אונסימפּאַטישע מאַניערען. ער איז גראָד געװוען אַן עהרליכער מענש און ניט קײן שלעכטער אױיך. ער איז אָבער געװוען אַ גרױיסער נודניק, און אָפֿט פֿלעגט ער ערװועקען שנאה אײַנפֿאַך דורך אַ טאַקטלאָזען װוארט אָדער טהאַט.

געװוען אַ שילער, װועלכער איז געװוען אי פּאָפּולער, אי ניט-פּאָפּולער. מען האָט ליב געהאַט זײַן קינדערשע עהרליכקייט. זײַן נאַאיװוער, קינדערשער שכל איז אָבער געװוען אַ געגענשטאַנד, איבער װועלכען מען פֿלעגט זיך לוסטיג מאַכען.

אַמאָל האָט אײַנער פֿון די שילער פֿאָרגעשלאָגען אַ געװויסע שפּיל, דורך װועלכע מען קען כלומרשט אױיסגעפֿינען װוער עס איז אַ ליגנער. מען נעמט עטליכע שטרױי, אַלע דער זעלבער לענג, און יעדער שילער גיט מען אײַנעם, ער זאָל אים האַלטען אַ געװויסע צײַט אין מױיל. דערנאָך נעמט מען אַלע די שטרױיען אַרױיס פֿון די מײַלער. דאַן זעהט מען: אױיב בײַ אײַנעם איז דער שטרױי געװואָרען לענגער, איז אַ סימן אַז ער איז אַ ליגנער. דער דערמאַנטער אינסטיטוטטשיק איז געװוען אײַנער פֿון די אַנטייל-נעמער, און זײַן שטרױי איז בײַ איהם אױיס'ן מױיל קירצער געװואָרען.

דער צימער האָט געשטורמט פֿון געלעכטער.

אײַניגע פֿון די שילער האָבען אין דער געשיכטע געזעהן אַ באַװוייז, אַז ער איז גאָר ניט עהרליך. איך בין מיט זײי ניט 344געװוען אײַנפֿאַרשטאַנען. איך האָב אױיסגעדריקט די מיינונג, אַז זײַן אָפֿענהערציגער שטרױי באַװוייזט נאָר אַז ער איז נאַריש און אבערגלױיביש. און הײַנט, װוען איך דערמאַן זיך אָן איהם מיט פֿאַרשידענע אײַנצעלהייטען, בלייב איך בײַ דערזעלבער מיינונג. ער איז געװוען אַ עהרליכער און גוטער מענש.

װוען ער פֿלעגט פֿרואוװוען זײַן קיטרע, פֿלעגט ער ניט טױיגען דערצו, און עס פֿלעגט אַרױיסקומען אַ גרױיסע נאַרישקייט.

געװוען אַ שילער, װואָס האָט זיך אױיסגעצייכענט מיט זײַנע אונאַנשטענדיגע רייד. ער האָט אייגענטליך גערעדט װועניג. ער איז אימער געװוען פֿאַרנומען מיט'ן לערנען. ער האָט געהאַט אַ טעמפֿען מוח, און גאַנצענע טעג פֿלעגט ער אַרומגעהן און „זוברעװוען". נאָר פֿלוצלונג פֿלעגט ער צו אײַך צולױיפֿען, געבען אַ גאָס מיט די עקלהאַפֿטע נבול-פה, און װוידער נעמען לױיפֿען הין און צוריק, װוידער „זוברעװוען".

װוען אָדם הכהן לעװוענזאָן („בערקע מיכאַלישקער") איז געשטאָרבען, האָט מען אױיף איהם געמאַכט אַ ספֿר אין דער „טהרת הקדש שוהל"* דאָס איז געװוען אַ שוהל פֿון „בערלינטשיקעס", פֿון „אַפּיקורסים". אין קײן אַנדערער שוהל װואָלט מען אױיף דעם גרױיסען אפֿיקורס נאַטירליך קײן ספֿר ניט געמאַכט. אױיף דיזער פֿאַראַמעלונג האָט מען גענומען דעם גאַנצען אינסטיטוט. דעם ספֿר, אױיף רוסיש, האָט געמאַכט קליאַטשקאָ, דער קאַזיאַנער רב, און אױיף מאָרגען האָט דער נבול-פה'ניק קליאַטשקאַ'ס רעדע איבערגעקרימט אױיף אַזאַ שטייגער, אַז זײַנע צוהערער האָבען זיך געקײַקעלט פֿון געלעכטער, און די באַסען זײַנען בײַ זײי רױיט געװואָרען פֿון בושה. אָבער אין מיטען דרשנ'ען איז ער אַנטלאָפֿען און האָט װוידער גענומען לערנען דעם אוראָק אױיף אױיסװוייניג.

* אַ שוהל פֿאַר „הײַנטיגע", פֿאַר אינטעליגענטערע מענשען, „פֿראַנצמען". געװועהנליכע אידען פֿלעגען איהר רופֿען „בערלינער שוהל" (אַ „בערלינטשיק" האָט געהייסען אַ איד װואָס טראַגט אַ קורצען ראָק און שערט אָדער גאָלט זאָגאַר די באָרד).

345איינער פֿון אונזערע שילער איז געװוען אַ קאָכלעפֿל. אין אַלץ האָט ער זיך געמישט. װוען מען האָט עפּעס געדאַרפֿט אָרגאַניזירען, איז ער געװוען אַ גאַנצער מחותן דערבײַ. יעדע נײַעס איז אָנגעקומען צו איהם, און פֿון איהם איז דאָס פֿאַרשפּרייט געװוארען איבער'ן אינסטיטוט.

איינמאָל, װוען ער האָט געמאַכט אָרדנונג אױיפֿ'ן „קאָרידאָר", האָב איך געטאָן אַ פֿרעג:

— װואָס ביסטו, אַ פּריסטאַװו (פּאָליציי-קאָמיסאַר)?

דערנאָך איז דאָס אױיפֿגעכאַפּט געװוארען פֿון די אַנדערע שילער, און דער „צונעמעניעס" האָט זיך צו איהם אָנגעקלעפּט.

ער איז געװוען אײַנער פֿון די בעסטע זינגער אין אינסטיטוט. ער האָט זיך גיך אױיסגעלערנט לעזען נאָטען, און ער פֿלעגט עבאַ'ן העלפֿען אָרגאַניזירען דעם כאָר.

צילשטיין, דער שילער װואָס האָט דער „באַבען" געבראַכט אַ מתנה, האָט געהאַט אַ שעהנע האַנדשריפֿט, אַן אַנגענעהמע שטימע צום זינגען און אַן אַנגענעהמען סטיל אין שרייבען. ער איז געװוען אַ צייכנער, אַ פֿינקטליכער, אַ נעטער. און דאָס זעלבע האָט זיך געפֿיהלט אין אַלץ װואָס ער האָט געטאָן. אַלץ איז בײַ איהם געװוען אין אָרדנונג, און אַלץ האָט ער געטאָן נעט אין דער ריכטיגער צײַט. געלאַסען האָט ער זיך אױיך געטאָן — אַזאַ אײַנדרוק האָט דאָס געמאַכט. ער האָט געהאַט אַ גוטע פֿעהיגקייטען — לײַכט און עפּעס אַזױי װוי אױיך נעט.

פֿון זײַנע שפּיצלעך פֿאַר דער „באַבע'ן" האָט דער לעזער געקאַנט זעהן אַז ער האָט געהאַט הומאָר. דאָס האָט זיך אַרױיסגעװויזען אין זײַן שרייבען אױיך.

דעם װוינטער, װועלכען מיר האָבען פֿאַרבראַכט אין דעם דריטען קלאַס, האָבען מיר אַרױיסגעגעבען אַ זשורנאַל; האָט זײַן אַרטיקעל אַרױיסגערופֿען אַ סך געלעכטער און לױיב-געזאַנג.

„אױיסלענדישע קאָרעספּאָנדענץ" האָט ער דאָס גערופֿען. דאָס איז געװוען אַ „באַריכט" פֿון די לעצטע נײַעס אין צװוייטען קלאַס, און די גאַנצע זאַך איז געװוען פֿול מיט אַ לײַכטען 346נעטען מין הומאָר. דער אַרטיקעל האָט געהאַט אַ גרױיסע סירקולײישאָן. מען האָט איהם געלעזען אין אַלע קלאַסען.

פֿון די אַנדערע בײַטראַגענען צו דעם זשורנאַל געדענק איך אױיך אַן אַרטיקעל פֿון דעם נאַאיװוו-עהרליכען שילער. ער איז געװוען דער באַלעזענסטער אין אונזער קלאַס, און ער האָט געהאַט די ריכטסטע רוסישע שפּראַך אין שרייבען. מיר פֿלעגען זאָגען, אַז ער ברױיכט צו הױיכע פֿראַזען, אָבער אין האַרצען האָבען מיר צו זײַן שרייבען געהאַט רעספּעקט. אין דעם זשורנאַל האָט ער אַרײַנגעגעבען אַן אַרטיקעל װועגען אַ סאָציאַלען עניין, און די שפּראַך איז געװוען פֿול מיט בלומען.

דער „זשורנאַל" איז געװוען אַ געשריבענער, און נאָר אין אײַן עקזעמפּליאַר. מען האָט גענומען אַ העפֿט, אױיפֿגעשריבען אַ פֿעדער-בלאַט (דעם נאָמען געדענק איך נישט), און דאַן האָט יעדער „מיטאַרבייטער" אַרײַנגעשריבען זײַן אַרטיקעל.

איך האָב אַרײַנגעשריבען אַ געדיכט, װועלכע האָט פֿאַרנומען עטליכע זײַטלעך. זי האָט געשילדערט אַ פֿריהמאָרגען אין אינסטיטוט — די סצענעס װוען מען שטעהט אױיף, װוען מען נעהמט זיך צו פֿרישטיק, װוי מען פֿיהלט זיך װוען מען גרייט זיך צו די אוראָקען און בשעת עס קומען אַרײַן די לעהרער.

דיטיילד געדענק איך נאָר אײַן פֿראַזע — װועגען דעם װוי נאָכ'ן אָפּװואַשען זיך װוארפֿט דער שילער זײַן שטיקעל זייף אַרײַן אין דעם טיש-קעסטעל פֿון זײַן „טאַבורעט".

אין איהר פֿאָרמע איז די געדיכט געװוען אַ נאַכאַהמונג נאָך פּושקין'ס „יעװוגעני אָניעגין", װועלכע מיר האָבען בײַ דאַדיקין'ען אױיסגעלערנט אױיף אױיסװוייניג.

די פֿאַרבעריטונגען צום „זשורנאַל" האָבען גענומען אַ פֿאַר װואָכען. ענדליך איז ער פֿאַרטיג געװוארען. דאַן, אין אַן אָװוענד, איז ער „פֿאַרעפֿענטליכט" געװוארען. מיר זײַנען אַלע געזעסען אַרום די פֿעדער-בלאַט, אײַנער יעדער מיטאַרבייטער האָט פֿאָרגעלעזען זײַן װוערק. דאָס האָט געהייסען, אַז דער זשורנאַל איז „ערשינען".

אַלע זײַנען געװוען אין אַ יום-טוב'דיגער שטימונג. מיר 347האָבען דאָס באַטראַכט פֿאַר אײַנער פֿון די װויכטיגסטע פּאַסירונגען פֿון יענעם װוינטער.

מײַן געדיכט האָט אױיך געהאַט אַ גרױיסע „צירקולײַציע". מען האָט איהר געלעזען אין אַלע קלאַסען, און איך האָב באַקומען אַ סך קאָמפּלימענטען. טאַמאַרין האָט איהר שטאַרק געלױיבט, און דאָס איז בײַ מיר געװוען טײַערער פֿון אַלץ.

אײַנער פֿון די אַרטיקלען אין אונזער „זשורנאַל" איז געװוען געגרינדעט אױיף אַ געװויסען קאַפּיטעל פֿון פּאָמיאַלאָװוסקי'ס ראָמאַן „שילדערונגען פֿון דער בורסא". מיט דעם װוארט „בורסא" האָט מען געמיינט אַ גלחים-סעמינאַר, װואו די שילער באַקומען קאַזיאַנע קעסט, אַ פֿאַרמאַכטער אַנשטאַלט, אַזױי װוי אונזער אינסטיטוט. פּאָמיאַלאָװוסקי'ס װוערק איז געװוען אײַנער פֿון די באַריהמטסטע אין דער רוסישער ליטעראַטור, און אַזױי װוי אונזער לעבען איז געװוען עהנליך צו דעם װואָס װוערט דאָרטען פֿאָרגעשטעלט, פֿלעגען מיר אונזער אינסטיטוט רופֿען „בורסא" און זיך אַלײן — „בורסאַקעס".

מעהר װוי דער ערשטער נומער פֿון אונזער זשורנאַל איז ניט ערשינען.

9
װוי איך האָב זיך געפֿיהלט אין אינסטיטוט.

איך בין אַ שטימונגס-מענש, און אין מײַנע גאַנץ יונגע יאָהרען האָט זיך דאָס אפֿשר געפֿיהלט נאָך שטאַרקער װוי שפּעטער.

זייענדיג אין אינסטיטוט, פֿלעג איך אַמאָל זײַן לוסטיג און לעבעדיג, אַנטייל נעמען אין אַלע שפּאַסען און שטיפֿערייען, און אַמאָל אַ פֿאַר טעג נאָכאַנאַנדער אומגעהן מיט אַ שװוערע האַרץ, אַ שװוייגענדיגער, אַ פֿאַרכמאַרעטער.

װוען איך בין געװוען אַ גוטען מוטה, פֿלעג איך האָבען מעהר חשק צום לערנען, און פֿלעג זיך צװוינגען גוט צוצופֿאַרטיגען אפֿילו אזעלכע אוראָקען, װועלכע איך האָב זעהר פֿיינט געהאַט. אָבער אָפֿט פֿלעגט טרעפֿען, אַז דאָס גופֿא — דאָס 348לערנען איבער-גװואַלט — פֿלעגט מיר מײַן גוטען מוטה צושטערען. איך פֿלעג זיך אַראָפּפֿאַלען בײַ זיך, און פֿלעג זיך האַלטען פֿאַר דעם אונגליקליכסטען מענשען אין דער װועלט; און אָפֿט פֿלעגט מײַן שטימונג שױין בלייבען אַ גאַנצען טאָג אָדער מעהר װוי אײַן טאָג.

אפֿילו די געגענשטאַנדען, מיט װועלכע איך האָב זיך שטאַרק אינטערעסירט, האָבען מיר אָפֿט פֿאַרשאַפֿט מעהר שמערצען װוי פֿרייד. געאָמעטריע, צום בײַשפּיעל. דאָס איז געװוען אײַנער פֿון מײַנע באַליבטע לימודים. איך פֿלעג קענען זיצען אַ גאַנצען נאַכמיטאָג און אָװוענד, אַרבייטענדיג אױיף שכל'דינע געאָמעטרישע „זאַדאַטשעס", װואָס האָבען ניט געהאַט קײן שייכות צו דעם מאָרגענדיגען אוראָק. אָפֿט פֿלעג איך אַלײן לערנען די „טעאָרעמעס", צו װועלכע דער לעהרער האָט מיט אונז נאָך גאַרניט דערגרייכט. איך האָב אימער געהאַלטען װוייטער װוי דער קלאַס. דאָך, אױיב דער מאָרגענדיגער אוראָק איז באַשטאַנדען פֿון אונאינטערעסאַנטע אױיסרעכענונגען מיט אַ סך ציפֿער, פֿלעג איך זיך פֿױילען איהם צוצופֿאַרטיגען. איך פֿלעג די אַרבייט אָפּלייגען אױיף מאָרגען אין דער פֿריה, און מאָרגען אין דער פֿריה פֿלעג איך איהר טאָן װוי אַ מאַרטירער.

אַמאָל פֿלעגט אַ לעהרער מיר אַרױיסברענגען פֿון געדולד, און דאָס פֿלעגט מיר קײן גוטע ניט פֿאַרשאַפֿען.

װועגען מײַן צוזאַמענשטױיס מיט דאַדיקין'ען, האָב איך שױין דערצעהלט. עטװואָס עהנליכעס, הגם אין אַ פֿיעל מילדערער פֿאָרמע, האָב איך אַמאָל געהאַט מיט קאַטעלינסקי'ן אַלײן. ער האָט מיר אױיסגערופֿען צום טאָװועל, און מיר געהייסען ערקלערען די לעצטע געאָמעטרישע טעאָרעמע, װואָס מיר האָבען געלערנט. איך האָב געמאַכט די צייכנונג, געשטעלט די בוכשטאַבען און גענומען ערקלערען. אָבער די טעאָרעמע אַלײן האָב איך גוט געקאָנט; קאַטעלינסקי האָט זיך אַרײַנגעמישט אין מײַנע װוערטער, און ער האָט ניט װוילענדיג פֿאַרטומעלט אי מיר, אי זיך אַלײן. ער האָט געפּרואװוט אַרױיסקריכען פֿון דעם פּלאַנטער, און איך בין געשטאַנען און געװוארט.

349אַזױי װוי ער איז געװוען שטאָלץ, האָט ער געפּרואװוט דעם בלבול אַרױיפֿװוארפֿען אױיף מיר.

— װואָס שטעהט איהר און קוקט װוי אַ פֿאַר'חלום'טער? אָט פֿליהט אַ װואָראָנע! — האָט ער מיט אַ בייזען שפּאַס אַנגעװויזען דורכ'ן פֿענסטער.

איך האָב אַװעקגעלייגט די קרייד, צוגעגאַנגען צום פֿענסטער און האָב כלומרשט גענומען זוכען די װואָראָנע.

— אָט פֿליהט זי! אָן דאָרטען! — האָט ער געשריהען.

— חוצפֿה האָט איהר נעבאַך, דאָס װוייס מען שױין.

נאָך דעם האָט ער מיר זעלטען אױיסגערופֿען, און װוען ער האָט מיר יאָ אױיסגערופֿען, האָט ער אױיסגעמיטען מיר אין די אױיגען צו קוקען. אַ הײַבשע צײַט האָט דאָס געדױיערט. זײַנע אוראָקען זײַנען מיר דאַן געװוען זעהר אונאַנגענעהם.

איך פֿלעג מקנא זײַן די שילער, װואָס האָבען אימער געהאַט געדולד און התמדה, די װואָס האָבען מיט חשק געלערענט אַלע אוראָקען, צי זײי זײַנען געװוען אינטערעסאַנט צי ניט.

איך האָב אָנגענומען דעם כלל אַז אַזױי איז ריכטיג; און מײַן טבע צו האָבען חשק נאָר צו די אוראָקען, װואָס האָבען מיר אינטערעסירט, האָב איך באַטראַכט פֿאַר אַ אונגליק.

די גרעסטע שמערצען פֿלעגען מיר פֿאַרשאַפֿען אילאָװאַיסקי'ס לעהר-ביכער איבער געשיכטע. די קורצקייט, די טרוקענקייט, די טעם-לאָזע שעהנע פֿראַזען פֿון זײַנע קאַפּיטלאַך האָבען אין מיר געשפּייזט אַ געפֿיהל, אַז מען מוטשעט מיר אָהן אַ צװועק און אָהן אַ זין.

צו דערזעלבער צײַט, װואָס איך פֿלעג זיך מאַטערען איבער דעם קאַזיאַנעם היסטאָריע ביכעל, פֿלעג איך אמת'ע היסטאָריע לעזען מיט אַ לײַדענשאַפֿטליכען חשק. בײַ זיך אין האַרצען פֿלעג איך זאָגען: „אָט האָסטו דאָך יאָ ליב היסטאָריע!" און איך פֿלעג זיך אַלײן אָפֿענטפֿערן: „דו ביזט נאָר אַ בריה צו לעזען דאָס װואָס פֿאַרשאַפֿט דיר פֿאַרגעניגען. לעזען איז איבערהױיפֿט אַ צײַט-פֿאַרטרײַב; מען דאַרף אָבער ל ע ר נ ע ן; מען דאַרף ניט זײַן קײן פֿױילער, און לערנען װואָס מען הייסט..."

אַזױי װוי דער װוארט „לערנען" װואָלט געגאַנגען נאָר אױיף 350אַזאַ גײַסטיגע אַרבייט, װועלכע איז פֿאַרבונדען מיט געשמאַקסלאָזע פּראָצעצען!... אָבער אַזאַ באַגריף האָבען די אַנדערע שילער אױיך געהאַט.

איך האָב געװואוסט אַז איך האָב בעסערע פֿעהיגקייטען װוי געװויסע פֿון אונזערע מתמידים. אין האַרצען האָב איך זײי גערופֿען „גראָבע קעפּ". און צו דערזעלבער צײַט פֿלעג איך זײי שטעלען העכער פֿאַר זיך, זײי מקנא זײַן. און װואָס אַנבאַטרעפֿט די שילער פֿון די העכערע קלאַסען, הױיפּטזעכליך פֿון דעם פֿערטען קלאַס, װוען איך בין געװוען אין דעם ערשטען אָדער צװוייטען, פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז זײי געהאַרען גאָר צו אַנאַנדער מין מענשען. איך פֿלעג כמעט פֿאַרגעסען, אַז זײי זײַנען מיט צװוייי, דרײַ יאָהר עלטער פֿאַר מיר, און אַז אין צװוייי אָדער דרײַ יאָהר אַרום װועל איך האַלטען װואו זײי האַלטען איצט. מיר פֿלעגט זיך דוכטען, אַז זײי זײַנען געבאָרען געװוארען געבילדעטער, ענטװויקעלטער און העכער פֿאַר מיר — און אַז איך װועל אַזאַ מדרגה קײנמאָל ניט דערגרייכען.

אַ מערקװוירדיגע װוירקונג פֿלעגען אױיף מיר האָבען די רוסישע פֿאָלקס-לידער, װואָס מיר פֿלעגען זינגען אין עבאַ'ס כאָר. דער טרױיער, װועלכער קלינגט אין זײי, איז ניט קײן אידישער טרױיער. דאָך פֿלעגט ער מיר באַצױיבערען. זײַן פֿרעמדאַרטיגקייט גופֿא פֿלעגט מיר באַצױיבערען. די געהיימניספֿולקייט פֿון זײיער מוזיק איז דורך דעם געװואָרען טיפֿער און שעהנער. אַ שעהנער, אומעדיגער נגון פֿלעגט מיר אימער אױיפֿטרייסלען; מיר ברענגען כמעט צו טרעהרען. און דאָ האָט געהילכט אַ יאָמער פֿון אַ אונבאַקאַנטע װוייטקייט, אַ יאָמער צוזאַמען מיט אַ אױיסגוס פֿון מוט. און עבאַ פֿלעגען נעמען שפּילען אױיף דער שפּיגעלדינ-פּאַלירטער פֿיאַנאָ און דער כאָר פֿלעגט אַ דונער טאָן:

„אין פֿעלד איז אַ בעריוזע געשטאַנען", אָדער „בײַ דעם טײַכעלע, בײַ דעם בריק", אָדער „װועקט מיר ניט, מיר יונגינקע מיידעלע, צו-פֿריה פֿאַרטאָג".

פֿלעג איך, זינגענדיג, פֿיהלען, אַז מײַן האַרץ צוגעהט אין מיר, און אַ גאַנצען טאָג פֿלעג איך דעם 351נגון זינגען שטילערהייט, אָדער ער פֿלעגט זיך זינגען אין מײַן מוח, אַזױי װוי אַן אַקאָמפּאַנימענט צו דער עלענדקייט און בענקעניש, װועלכע האָט מיר מײַן האַלז גענעדריקט.

10
באַרישניעם. — פֿריילינס און מיידלעך. — „מאָראַל".

אין אינסטיטוט זײַנען געװוען אײַניגע שילער, אױיף װועלכע מען פֿלעגט זאָגען, אַז זײי האָבען „באַרישניעם". דאָס הייסט, אַז זײי פֿיהרען באַקאַנטשאַפֿט מיט גימנאַזיסטקעס אָדער מיט אַנדערע אינטעליגענטע מיידלעך. קײן אונאַנשטענדיגע באַציהונגען האָט מען מיט זײי ניט געמיינט. אַבסאָלוט ניט. דער װואָס האָט „געהאַט באַרישניעס", האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ קאַװואַליער בײַ זײי. ער פֿלעגט מיט זײי גאַהן שפּאַצירען, באַזוכען זײי אין זײיערע עלטערען'ם הױיז, אָפּגעבען זײי „דאַמען-רעכט", ברענגען זײי ביכער צום לעזען און װוייזען זײי אױיף-מערקזאַמקייטען אױיף אַנדערע קאַװואַליערישע שטייגערס.

און װוען אײַנער האָט „געהאַט באַרישניעס", איז דאָס ניט געװוען קײן באַװוייז, אַז ער געפֿעלט דעם שעהנעם געשלעכט. עס האָט נאָר געהייסען אַז ער װוייס װוי זיך באַקאַנט צו װוערען מיט מיידלעך; אַז ער איז ניט קײן ישיבה-בחור און קען שפּילען די ראָלע פֿון אַ קאַװואַליער.

אין שטאָדט זײַנען געװוען באַלעבאַטישע טעכטער, ניט קײן גאַנץ רייכע, פֿאַר װועמען אַ „אינסטיטוטטשיק" איז געװוען אַ גוטער שדוך. אין אַזאַ הױיז איז פֿאַר אונזער שילער געװוען לײַכט אַרײַנצוקומען. מען האָט נאָר באַדאַרפֿט האָבען מוט אָדער אַ געלעגענהייט דערצו. און מיט דעם װואָס מען האָט אַ מיידעל באַזוכט פֿון צײַט צו צײַט אָדער זאָגאַר אָפֿט, האָט מען זיך אױיף זיך קײן פֿאַרפֿליכטונגען ניט גענומען. מען האָט געקענט מאַכען װוייזיטען בײַ עטליכע פֿריילינס אין דערזעלבער צײַט — היינט בײַ דער, מאָרגען בײַ יענער. געװועהנליך האָט מען אױיף דעם געקוקט נאָר װוי אױיף געזעלשאַפֿטליכע באַציהונגען.

352װואָס עס איז געװוען בײַ דער מיידעל אָדער בײַ איהר מוטער אין האַרצען; װוי אַזױי אײַניגע פֿון זײי האָבען אָנגעפֿירט די דיפּלאָמאַטישע שאַך-שפּיל אַרײַנצוציהען דעם אָדער יענעם אינסטיטוטטשיק אין נעץ — דאָס איז אַנאַנדער פֿראַגע.

װוען אַ יונגערמאַן האָט זיך ניט געלאָזען פֿאַנגען, האָט ער געקאַנט „האָבען" אַזױי פֿיל „באַרישניעס" װויפֿיעל זײַן האַרץ האָט באַגלוסט, און ניט װוערען קײן חתן דערבײַ.

מיט דעם װוארט „באַרישניע", אָדער „פֿריילין" (װוען מען האָט גערעדט אױיף אידיש), האָט מען געמיינט אַ מיידעל װואָס קען גוט ריידען רוסיש. עס זײַנען געװוען אױיסנאַהמען, אַזעלכע װואָס זײיער רוסיש איז געװוען אין אַ צרה-ד'ריגען צושטאַנד און װואָס זײַנען דאָך געװוען אַנערקענט פֿאַר „באַרישניעס", פֿליסיג האָבען זײי אָבער די שפּראַך גערעדט; אַ רוסישען בוך לייענען האָבען זײי געקענט (מעהר אָדער װוייניגער), און הײַנט-װועלטיגע מאַניערען, עטיקעט און מנהגים האָבען זײי אױיך געװואוסט. אָהן דעם איז מען געװוען אַ „מיידעל", ניט קײן באַרישניע, און ניט קײן פֿריילין.

דער גרענעץ צװוישען אַ „פֿריילין" און אַ „מיידעל" איז געװוען אַ שאַרפֿער. אַ שילער זאָל זאָגען אַז ער איז באַקאַנט געװוארען מיט אַ „פֿריילין", און מיט דעם זאָל ער מיינען אַ אידישע טאָכטער, װואָס קען ניט קײן רוסיש און האַלט זיך ניט װוי אַ אינטעליגענטקע — דאָס װואָלט געװוען אַזױי אוננאַטירליך, װוי אַז אײַנער זאָל זאָגען „קאַסטיום" און מיינען מיט דעם אַ לאַנגע, פֿאַרצײַטיגע קאַפֿאָטע, מיט הױיזען, װואָס זײַנען אַרײַנגערוקט אין די שטיװועל.

אַ „מיידעל" האָט אין יענע צײַטען אפֿילו קײן הוט ניט געטראָגען. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער געװויס ניט. װוען איך בין געװוען אין אינסטיטוט, האָט עס ערשט אָנגעהױיבען ביסלעכװוייז אין דער מאָדע אַרײַנצוגעהן. גאַהן דורכ'ן גאַס מיט אַ הוט, און מיט אַ זון-שירעם — דאָס פֿלעגען טאָן נאָר „פֿריילינס", ניט „מיידלעך".

אין װוילנא זײַנען דאַן געװוען אײַניגע אָנגעזעהענע באַלעבאַטישע פֿאַמיליעס, װואָס זײיערע טעכטער האָבען זיך גע353קליידעט אױיפֿ'ן אַלטמאָדישען שטייגער. עס זײַנען זאָגאַר געװוען עטליכע גאַנץ רייכע פֿאַמיליעם אַזעלכע. אין אַזױינע הײַזער זײַנען „סטודענטען", — דאָס הייסט, גימנאַזיסטען, רעאַליסטען אָדער אינסטיטוטטשיקעס — ניט אײַנגעגאַנגען, סיידען זײי זײַנען געװוען קרובים.

אױיף דעם טיטול „באַרישניע" איז הױיפּטזעכליך געװוען באַרעכטיגט אַ פֿריילין װואָס איז געגאַנגען אין דער מיידעלשער גימנאַזיע. אַזױי איז דאָס פֿאַרשטאַנען געװוארען לױיט אונזער געברױיך פֿון דעם װוארט.

מיידלעך, װואָס האָבען שױין די גימנאַזיע געענדיגט, זײַנען נאָך דאַן געװוען װוייניג, און װוארים די אידישע טעכטער זאָלען אױיף דיזען אַרט ערצױיגען װוערען, איז נאָך געװוען אַ צימליך נײַע זאַך. איך װוייס ניט, אױיב אין דער צײַט װוען איך בין אָנגעקומען אין אינסטיטוט, איז די מאָדע אַלט געװוען זעקס-זיבען יאָהר.

די גימנאַזיסטקעס האָבען געטראָגען ברױינע קליידלאַך מיט שװוארצע פֿאַרטוכער. דאָס איז זײיער פֿאָרמע (יוניפֿאָרם). מאַנטלען און היט האָבען זײי געטראָגען װועלכע זײי האָבען געװואָלט. אָהן אַ הוט איז אַ גימנאַזיסטקע אױיפֿ'ן גאַס יערענפֿאַלס ניט געגאַנגען.

אַ ברױינע קליידעל איז בײַ אונז געװוען דער סימבאָל פֿון דאַמען-צױיבער. דער געדאַנק װועגען איהר האָט געשטערט דעם אינסטיטוטטשיק'ס מעהרער װוי דעם גימנאַזיסט'ס — ערשטענס, װוייל אַ גאַנצע װואָך האָט ער געלעבט װוי אַ מאָנאַך אין אַ קלױיסטער; צװוייטענס, װוייל מיט זײַנע שװוארצע מונדיר האָבען די ברױינע קליידלאַך זיך אינטערעסירט אַ סך װוייניגער װוי מיט די זילבערנע קנעפֿ פֿון דעם גימנאַזיסט.

אין באַצוג צו גײַסטיגע ענטװויקלונג זײַנען די „באַרישניעם" בײַ זיך ניט געװוען קײן שטאָלץ. צום בײַשפּיעל: װוען זײיערע לעהרער פֿלעגען זײי אױיפֿגעבען צו שרייבען אַ „סאָטשינעניע" (קאָמפּאַזיציאָן), פֿלעגען זײי בעטען זײיערע קאַװואַליערען דאָס צו 354טאָן פֿאַר זײי. האָט אַ אידישע טאָכטער זיך געשעמט מיט דעם, װואָס זי קען ניט לערנען אַ בלאַט גמרא? אַזױי האָט אַ „באַרישניע" זיך געשעמט מיט דעם, װואָס זי קען ניט אױיפֿשרײַבען קײן „סאָטשינעניע". זי האָט זאָגאַר געקאָקעטירט מיט דעם.

ענטװויקלען אַ „באַרישניע" האָט געהייסען מיט איהר לעזען ראַדיקאַלע ביכער, — ניט פֿון די אמת-פֿאַרבאָטענע, נאָר פֿון די „כמעט פֿאַרבאָטענע", װוי פּיסאַרעװו'ס װוערק, צום בײַשפּיעל. איך רייד דאָ ניט װועגען די יונגע לײַט, װואָס האָבען געהערט צו אַ רעװואָלוציאָנערען „קרוזשאָק", אָדער װועלכע האָבען אַזױי געלעזען אונטערערדישע ליטעראַטור, נאָר פֿון גימנאַזיסטען אָדער אינסטיטוטטשיקעס, װואָס האָבען אַ „טריפֿ'ען" ביכעל בכלל קײנמאָל אין די אױיגען ניט געזעהן. בײַ אזעלכע אינטעליגענטע יונגעלייט איז אױיך געװוען אַ מאָדע פֿאַר אַ פֿריילין זיך אױיסצופֿײַנען מיט „ענטװויקעלטקייט" און צו שפּילען די ראָלע פֿון אַן „ענטװויקלער" בײַ איהר.

אײַנער פֿון די פּאָפּולערסטע ענינים, אױיף װועלכע דער קאַװואַליער האָט געפֿיהרט זײַן געשפּרעך אין אַזאַ פֿאַל, איז געװוען די באַפֿרײַאונג, די גלייך-באַרעכטיגונג פֿון דער פֿרױי. אין יענע צײַטען איז דאָך בײַ די אידישע אינטעליגענטע יונגעלײַט די פֿרױיען-פֿראַגע געװוען אַ הױיפּט-טעמע. אין יענע צײַטען איז בײַ אידישע יונגעלײַט אַרױיסגעקומען דער װוארטעל: „מאָנצע-צע-פּאַצע", דאָס הייסט, אַז די װוייב זאָל „צופֿאַצען" (צופֿאַטשען) דעם מאַן.

די „באַרישניעם" פֿלעגען פֿון זײיערע קאַװואַליערען הערען דרשות, אַז די פֿרױי מוז זײַן אַזױי פֿרײַ און אַזױי ענטװויקעלט גײַסטיג װוי דער מאַן, און אין אַ מינוט אַרום פֿלעגען זײי קאָקעטירען מיט זײיער גײַסטיגער אונבאַהאַלפֿענקייט פֿאַר זײי.

עס איז שױין דאַן געװוען אַנאַנדער מין „באַרישניעם". ניט נאָר אַזעלכע, װואָס האָבען אַלײן געקענט שרייבען „סאָטשינעניעס" און זײַנען געװוען גוט באַלעזען, נאָר אױיך אַזעלכע, װואָס האָבען אַרױיסגעװויזען העלדענטאַטען אין דעם פֿרייהייטס-קאַמף. אזעלכע זײַנען אָבער דאַן געװוען אַ זעלטענער אױיסנאַהם. סתם באַלעזענע און ענטװויקעלטע פֿרױען איז נאַטירליך געװוען אַ גרעסערע צאָהל, אָבער זײי זײַנען נאָך אױיך געװוען אַן אונגעװועהנליכע ערשיינונג.

355אַלס מאָדע-זאַך אָבער האָט דער ראַדיקאַלער געדאַנק שױין דאַן דערגרייכט כמעט אַלע אינטעליגענטע אָדער זאָגאַר האַלב-אינטעליגענטע קרײַזען. די װוירקונג פֿון דער רוסישער ליטעראַטור און פֿון דער פֿאָרטגעשריטענער רוסישער זשורנאַליסטיק איז שױין דאַן געװוען צימליך גרױיס.

איך געדענק אַ סצענע װוי אײַנער פֿון אונזערע שילער האָט זיך געגריימט צו אַ װויזיט בײַ אַ „באַרישניע". אַ גאַנצע װואָך האָט ער געלערענט אַ געװויסען קאַפּיטעל פֿון פּיסאַרעװו'ס װוערק — ניט געלייענט, נאָר טאַקע געלערענט. מיט קײן גוטע פֿעהיגקייטען האָט דיזער שילער זיך ניט אױיסגעצייכענט. דער אַרטיקעל איז פֿאַר איהם געװוען אַ שװוערע שטיקעל גמרא. האָט ער איהם געלערענט און געלייענט, געקנייטשט דעם שטערן, געדרעהט דעם קאָפּ, געזוכט הילף בײַ אַנדערע שילער, און אַלץ, װוייל ער האָט באַדאַרפֿט האָבען װועגען װואָס צו ריידען מיט דער „באַרישניע". מיט אַנדערע װוערטער — מיט װואָס אױיף איהר צו מאַכען אַן איינדרוק.

ער האָט זיך געגריימט צו דעם װויזיט פֿאַר אונז אַלעמען אין די אױיגען. װוארים דאָס האָט געהייסען, אַז ער געהט די באַרישניע „ענטװויקלען". אױיף אַ מין הײַליגער אַרבייט געהט ער. אַלזאָ, האָבען אַלע איהם געװואונשען ערפֿאָלג. אַזױי האָבען מיר זיך פֿאַרהאַלטען צו איהם.

איך בין געזעסען ניט װוייט פֿון איהם און צוגעקוקט װוי ער האָרעװועט איבער פּיסאַרעװו'ס ערקלערונג פֿון אַ געװויסען געדאַנק, װועלכער געפֿינט זיך בײַ דעם פֿראַנצויזישען פֿילאָזאָף, אױגוסט קאָנט. עס האָט זיך געהאַנדעלט װועגען די רעליגיעס פֿון װוילדע פֿעלקער. דער װוארט „פּעטיש"* האָט זיך װוידערהאַלטען װוידער און װוידער. איך האָב יענעם װוערק געלעזען מיט אַ געװויסער צײַט פֿריהער, און איך בין געװוען גוט באַקאַנט מיט דעם אינהאַלט.

* אַ חיה, אַ בױים, אַ באַרג, אַ טײַך, אָדער אַ זאַך, װועגען װועלכען דער װוילדער גלױיבט אַז אין דעם ליגט אַ געטליכע קראַפֿט, און צו װועלכען ער דינט.

356איצט, אַלזאָ, האָב איך זיך צוגעקוקט און צוגעהערט װוי יענער שילער מאַטערט זיך לעכערליך דאָס צו פֿאַרשטעהן. אין האַרצען האָב איך געפֿיהלט װוי לעכערליך די גאַנצע געשיכטע איז. איך גלױיב אָבער ניט, אַז איך האָב דאָס פֿאַר װועמען-עס-איז אַרױיסגעזאָגט; מען װואָלט עס באַטראַכט פֿאַר אַ חלול השם.

פֿאַרװואָס האָט ער ניט אױיסגעקליבען קײן לײַכטערען עניין? פֿאַרװואָס עפּעס גראָד דיזען? גאַנץ אײַנפֿאַך: אין יענע װואָכען איז דאָס געװוען דער פּאָפּולערסטער עניין צװוישען די באַלעזענע שילער פֿון אינסטיטוט. דער געגענשטאַנד איז אין יענעם מאָמענט בײַ אונז געװוען אין דער עכסטער מאָדע.

עס האָט זיך גראָד אַזױי געמאַכט, אַז אין דעם אָװוענד, װוען דער דערמאַנטער „ענטװויקלער" האָט באַזוכט יענע „באַרישניע", איז דאָרטען אױיך געװוען טראַצקי, אונזער „זיידע". אױיף מאָרגען אַװוענד, װוען אַלע שילער זײַנען זיך װוידער צוזאַמענגעקומען אין אינסטיטוט, האָט טראַצקי פֿאַר אונז געשילדערט װוי יענער האָט די פֿריילין „ענטװויקעלט".

אײַנער פֿון די סצענעס װואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט איז געװוען די פֿאָלגענדע: דער „ענטװויקלער" באַמערקט, אַז דער הענגער-לײַכטער האָט זיך אַ װויג געטאָן. ציהט ער דער פֿריילין'ס אױיפֿמערקזאַמקייט דערצו, און דערבײַ פֿאַרזשמורעט ער די אױיגען און זאָגט:

„דער פּרימיטיװוער מענש װואָלט אױיף דעם געזאָגט, אַז דאָס איז אַ פּעטיש."

בײַ דער באַרישניע קומט דאָס װוארט אױיס קאַמיש, און זי צולאַכט זיך.

— איהר לאַכט? — זאָגט דער „ענטװויקלער" — עס איז אָבער אַ גאַנץ ערנסטע זאַך. אַ פּעטיש איז ניט קײן קלייניגקייט.

דער „ענטװויקלער" הײַבט אָן צו ערקלעהרען װואָס אַ פּעטיש איז. ער פֿרואוװוט איבערגעבען דעם געדאַנק, װועלכען ער האָט געלעזען בײַ פּיסאַרעװו'ן. ער קען אָבער ניט, און ער לאָזט זיך אַװועק סתם פּלאַפֿלען מיט פֿראַזען. עס איז שױין געװוען צו לעכערליך, און דער גוטער, עהרליכער טראַצקי האָט אַזאַ אָנ357שטעל פֿײַנט געהאַט. דעריבער האָט ער דאָס אונז איבערדערצעהלט.

איך האָב געזאָגט, אַז די באַציהונגען צו „באַרישניעם" זײַנען געװוען אַבסאָלוט ריינע און אַנשטענדיגע (װועגען אױיסנאַהמס-פֿאַלען רעדט מען ניט). פֿון צולאָזענקייט האָט מען צװוישען אונזער שילער איבערהױיפֿט װוייניג געהערט. עס פֿלעגט טרעפֿען אַז אײַנער האָט זיך באַריהמט מיט אינטימע ערפֿאַהרונגען, זינדען, אָבער זעלטען — אַזױי זעלטען, אַז קײן דײַטליכען פֿאַקט אזעלכען קען איך זיך ניט דערמאָנען. מיר זײַנען געװוען יונג און שעמעװודיג. כמעט אַלע האָבען מיר געהערט צו העכסט אַנשטענדיגע אַלט-מאָדישע פֿאַמיליען, און צו אַ קליינער װועלט. אזעלכע זאַכען װוי מאַנסבילישע דרייסטיקייט און אַ פֿרײַער מאַניער מיט פֿרױיען זײַנען בײַ אונז געװוען אַ זעלטענהייט. און אױיסגעלאַסענהייט איז געװוען אַ פֿריװואַט זאַך, מיט װועלכער מען האָט זיך בײַ אונז ניט באַריהמט, סיידען אפֿשר אין די אינטימסטע געשפּרעכען מיט דעם אינטימסטען חבר.

איך האָב געװואוסט פֿון שילער װואָס האָבען באַזוכט אונאַנשטענדיגע הײַזער. אָבער ערשטענס, איז זײיער צאָהל געװוען זעהר קליין (אין אונזער קלאַס איז, װוי װוייט איך האָב געװואוסט, געװוען נאָר אײַנער אַזעלכער); צװוייטענס, האָט דאָס צו אונזער מאָראַל — װוי מען רופֿט דאָס — בײַשפּיעל ניט געהאַט. אױיף די אַנדערע שילער האָט זײַן בײַשפּיעל קײן שייכות ניט געװוירקט. און װואָס אַנבאַטרעפֿט איהם אַלײן, האָט דאָס אױיף זײַנע באַציהונגען צו אַנשטענדיגע פֿרױיען קײן שום איינפֿלוס ניט געהאַט.

איבעריגענס קען איך װועגען אזעלכע ענינים ריידען נאָר אין באַצוג צו מײַן אײַגענעם קלאַס, װוארים יעדער קלאַס איז געװוען אַ באַזונדערע װועלטעלע, כמעט אַזױי אָפּגעצאַמט פֿון די אַנדערע דרײַ קלאַסען װוי דער גאַנצער אינסטיטוט איז געװוען אָפּגעצאַמט פֿון „שטאָדט". זעלטען װוער פֿון די שילער עס האָט געהאַט אַן אינטימע באַקאַנטשאַפֿט און געפֿיהרט אינטימע געשפּרעכען מיט אַ שילער פֿון אַן אַנדער קלאַס.

עס זײַנען געװוען אַ פֿאָר, העכסטענס דרײַ, נבול-פה'ניקעס 358אין דעם אינסטיטוט. אָבער זייערע שמוציגע רייד האָבען זיך זעלטען באַצױיגען אױיף געשלעכטס-טעמעס.

די פֿיער יאָהר װואָס מיר האָבען פֿאַרבראַכט אין אינסטיטוט, זײַנען די יאָהרען װוען אין דעם בחור'ל װואַקסט אױיף דער מאַנסביל. אין דעם רויטען, יונגען בלוט צאַפּלט די אונרוהיגקייט, װועלכע בליהט אין די פֿעלדער און זינגט אין די װועלדער. װועגען װואָס פֿאַר אַ אַװואַנטורע, טרעװואָגע, בענקעניש, דער אָדער יענער שילער האָט זיך געשושקעט מיט זיך אַלײן — דאָס איז געװוען זײַן זאַך. יעדער האָט זיך אַרומגעטראָגען מיט זײַנע סודות, פֿאַנטאַסטישע און ניט-פֿאַנטאַסטישע — מײַסטענס אזעלכע, צו װועלכע קײן אַנדער לעבעדיגע באַשעפֿעניש אױיסער איהם האָט ניט געהאַט קײן שייכות. כמעט אַלע האָבען געהאַט דעם זעלבען מין סעקרעטען, אָבער יעדען האָט זיך געדוכט אַז ער איז דער אײַנציגער װואָס האָט אזעלכע סעקרעטען.

11
„אין שטאָדט". — מײַן זיידע שטאַרבט. — איך מאָל זײַן פּאָרטרעט. — אליקום צונזער. — „דער שװוארצער יונגערמאַנטשיק". — טערקישע קריגס-געפֿאַנגענע.

װוען איך בין אָנגעקומען אין אינסטיטוט, האָבען מײַנע עלטערען געװואוינט אין קאַזלאָװוסקי'ס הױיף, בײַ דעם פֿעלצען-הענדלער אין קעלער. עטליכע מאָנאַט שפּעטער, דאַכט זיך — נאָך פּסח, דאַכט זיך — האָבען זײי זיך אַריבערגעקליבען אױיף פֿלאַשטשאַדקע, נאָהענט דערבײַ. צוערשט האָבען זײי דאָרטען געװואוינט אין סטראָשנער'ס הױיף, אין אַ צימער װועלכען זײי האָבען געדונגען בײַם פּעטער מאיר'ן, און שפּעטער — אין דעם אַנטקעגענדיגען הױיף. מײַן פֿאָטער האָט דאַן געהאַט אַ חדר אין װוילנא גופֿא, ניט בײַ זיך אין שטוב, נאָר אין אַנדערשװואו.

פֿרײַטאָג-צו-נאַכט און שבת בײַ טאָג פֿלעג איך בײַ זײי עסען, און פֿרײַטאָג-צו-נאַכט פֿלעג איך געװועהנליך אױיך נעכטיגען בײַ זײי — אױיף דעם זעלבען רױיטען שלאָף-באַנק, װועלכען איך פֿלעג פֿאַר359שריבען מיט מײַן קרייד, װוען איך בין געװוען אַ חדר-אײַנגעל און מיר האָבען געװואוינט אױיף שבת זשירמונסקי'ס הױיף. זעהר אָפֿט פֿלעג איך אָבער פֿרײַטאָג-צו-נאַכט שלאָפֿען אין מײַן מוהמע'ס הױיף. דאָרטען איז מיר געװוען גרינגער און נעהנטער צו מײַנע באַקאַנטע.

אַזױי איז אױיך געװוען אין די זיבען װואַקאַציע װואָכען. איך פֿלעג עסען און נעכטיגען בײַ מײַנע עלטערען אױיף פֿלאַשטשאַדקע, און טייל-װוײַז בײַ מײַן מוהמע'ן אין קאַמינסקי'ס הױיף.

אין דעם װוינטער, װוען איך בין געװוען אין ערשטען קלאַס, איז געשטאָרבען מײַן צװוייטער זיידע.

איך געדענק װוי מען האָט אָנגעזאָגט די טרױיעריגע נײַעס, און װוי איך בין געקומען פֿון אינסטיטוט, אױיף מײַן װועג צו קאַמינסקי'ס הױיף. דאָס איז געװוען אַ פֿריהמאָרגען. אױיפֿ'ן סקװוער, לעבען דעם אינסטיטוט, האָב איך באַגעגנט שטיינבערג'ן, אונזער לעהרער און אינספּעקטאָר. ער האָט חושד געװוען אַז איך געה „אין שטאָדט" אָהן ערלױיבעניש, און ער האָט מיר אָפּגעשטעלט.

— מײַן זיידע איז געשטאָרבען; דער דירעקטאָר האָט מיר ערלױיבט צו געהן צו דער לוית — האָב איך געענטפֿערט, און ער האָט מיר אָפּגעלאָזען.

אַז דיזער צוטראָגענער מענש זאָל מיר באַמערקען און האָבען אין זינען אַז ס'איז אין מיטען דער װואָך, װוען מיר קענען ניט אַרױיסגעהן פֿון אינסטיטוט — דאָס איז מיר געװוען אַ חידוש.

דעם זיידען'ס לוית געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר די שטימונג, דעם געפֿיהל, אַז איצט איז די מוהמע די פֿאָלשטענדיגער באַלעבאַסטע און דער פֿעטער דער פֿלאַשטשאַדינגער באַלעבאָס איבער אַלץ, הגם אין אמת'ן איז פֿריהער אױיך אַזױי געװוען.

באַלד נאָך דעם זיידען'ס טויט האָב איך זײַן פֿאָטאָגראַפֿישען בילד געבראַכט אין אינסטיטוט און געמאַכט אַ פֿאַרגרעסערטע צייכענונג דערפֿון. עס פֿאַרשטעהט זיך, ריעזאַנאָװו האָט געהאַט אַ היבשען חלק אין דעם. אָבער אַ גרױיסער טייל פֿון דער אַרבייט איז געװוען מײַנע. װוען דער פּאָרטרעט איז פֿאַר360טיג געװואָרען, האָב איך איהם מיט גרױיס פֿרייד אַװועקגעטראָגען צו דער מוהמע'ן. איך בין געװוען איבערצײַגט, אַז עס איז זעהר „פּאָדאָבנאָ" (עהנליך). אָבער װוען די מוהמע האָט אַ קוק געטאָן, האָט זי געמאַכט אַ קרומע מינע, אַזױי װוי איך װואָלט פֿאַרשװועכט דעם אָנדענק פֿון איהר פֿאָטער. מײַן מוטער איז געקומען און זי איז אײַנפֿאַרשטאַנען געװוען מיט דער מוהמע'ן, אַז עס איז ניט דער זיידע. איך האָב גע'טענה'ט, געבײַזערט זיך, געבעטען זיך מען זאָל אײַנזעהן װוי עהנליך עס איז צום זיידען. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען.

איך האָב ערװוארט אַז מען װועט דעם פּאָרטרעט אײַנפֿאַסען אין אַ שעהנעם ראָם און אױיפֿהענגען אױיפֿ'ן װואַנט, איבער דער קאַנאַפֿע, אָבער אַפֿילו אין אַ פֿאַרבאָרגענעם װוינקעל האָט מען דעם פּאָרטרעט אױיך ניט געװואָלט האָבען. איך האָב איהם אַרױיסגעלייגט אױיפֿ'ן אױיװוען, און דאָרטען איז ער אָפּגעלעגען איבער צװוייי יאָהר אײַדער איך האָב איהם װוידער באַזוכט. און דאַן האָב איך אַלײן געזעהן, אַז ער האָט ניט קײן װוערט.

איך האָב גענומען אַ מעסער און איהם צושניטען אױיף שטיקלאַך.

יענעם װוינטער האָב איך צום ערשטען מאָל געהערט אליקום צונזער'ען אױיף אַ חתונה. מײַנע עלטערען האָבען נאָך דאַן געװואוינט אין קאַזלאָװוסקי'ס הױיף. די חתונה איז געװוען בײַ אַ נאָהענטען קרוב פֿון דעם פֿעלצען-הענדלער, בײַ װועמען זײי האָבען געדונגען דעם קאַמער. איך האָב אימער געגאַרט צו הערען „אליקום'ען", װוי װוילנער אידען פֿלעגען איהם רופֿען. זײַנע לידער זײַנען געװוען אונגעהײַער פּאָפּולער, און איך האָב זיך אַ סך אָנגעהערט װועגען די װואונדער װואָס ער באַװוייזט אַלס בדחן און אַלס זינגער פֿון זײַנע אײַגענע לידער. אַז מע האָט טאַלענט, פֿלעגט מען װועגען איהם ניט זאָגען, אײַנפֿאַך װוייל אין באַצוג צו קונסט-זאַכען האָבען די אַלט-מאָדישע אידען דאָס װוארט קײן מאָל ניט געברױיכט. מען פֿלעגט זאָגען, אַז אײַנער האָט אַ „טאַלענט", אָבער מיט דעם האָט מען גאָר געמיינט, אַז ער קען 361עפּעס אַ מלאכה — שנײַדערײַי, שוסטערײַי, אָדער אַן אַנדער האַנדװוערק.

לױיבענדיג „אליקומקע'ס" בדחנות און זײַנע לידער, פֿלעגט מען צוגעבען אַנדערע מעלות אױיך. מען פֿלעגט דערצעהלען, אַז ער איז געבילדעט, אַז ער רעדט גוט רוסיש, דײַטש, פֿראַנצויזיש. ער האָט דאַן געװואוינט אין מינסק, װואו ער האָט געהאַט אַ געשעפֿט, אַ שניט-קראָם, דאַכט זיך. די בדחנות האָט ער אָבער קײנמאָל ניט אױיפֿגעגעבען, און פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער אױיפֿרודערען די אידען מיט אַ נײַע ליד, װועלכע מען פֿלעגט זינגען אין יעדער הױיז און בײַ יעדען װוארשטאַט — ניט נאָר אין דעם װוילנער געגענד, נאָר איבער גאַנץ ליטא און אין װאָלין און פּױילן אױיך. די בדחנים פֿון אַלע לענדער פֿלעגען מיט צונזער'ס לידער אונטערהאַלטען דעם עולם אױיף חתונות.

ער פֿלעגט אָפֿט קומען קײן װוילנא, אױיף אַ רײַכע חתונה. איך האָב איהם קײנמאָל ניט געהערט. דאָ האָט זיך אָבער געמאַכט אַ חתונה, װואו איך האָב געקענט זײַן אַ מחותן. האָב איך זיך געװוענדעט צום דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט און באַקומען אַן ערלױיבעניש צו געהן אַהין.

דער כלה'ס עלטערען זײַנען געװוען גאַנץ קליינע באַלעבאַטים. באַצאָהלען צונזער'ען פֿאַר דעם אָװוענד, װואָלט ניט געװוען נאָך זײיער קעשענע נאָך. ער איז אָבער געװוען דער כלה'ס אַ קרוב און ער האָט קײן געלט בײַ זײי ניט גענומען.

איך בין געקומען אַ היבשע צײַט אײַדער מען האָט אָנגעהױיבען די צערעמאָניע. צונזער איז געלעגען אױיף אַ באַנק אין אַ זײַטיגען צימערעל און געדרעמעלט. אַזױי האָב איך צוערשט געמיינט. עס האָט זיך אָבער אַרױיסגעצײַגט, אַז ער האָט די אױיגען צוגעמאַכט כדי מען זאָל מיינען אַז ער שלאָפֿט. ער איז געלעגען און געטראַכט, צוגעפֿערטיגט די בדחנ'ישע שורות, װואָס ער װועט זאָגען בײַ דעם „באַזעצענס".

װוען די צערעמאָניע האָט זיך אָנגעפֿאַנגען, און ער האָט גענומען ריידען צו דער כלה, איהר באַגריסען און מוסר'ן, זײַנען זײַנע װוערטער געװוען געבױיט אױיף איהר נאָמען, אױיף די נעמען פֿון דעם חתן און אױיף די נעמען פֿון זײיערע עלטערען. פֿון יע362דען בוכשטאַב האָט ער געמאַכט אַ װוארט, און אַזױי איז ער געגאַנגען הין און צוריק, הין און צוריק, װוידער און װוידער, אָהן אַ שיעור. און די פֿראַזען זײַנען בײַ איהם אַרױיסגעקומען גלאַט און אינטערעסאַנט, זעהר געראָטען. אַזױי, װוייניגסטענס, איז געװוען מײַן מיינונג. און דאָס אַלץ האָט ער צוזאַמענגעשטעלט אין עטליכע מינוט, אָט דאָרטען, ליגענדיג און דרעמלענדיג כלומר'שט!... איך האָב זיך ניט געקענט אָפּגעװואונדערען.

שפּעטער, בײַ דער סעודה און די דרשה-געשאַנק, האָט ער געזונגען אַ פֿאָר פֿון זײַנע לידער, װועלכע זײַנען שױין דאַן געװוען גוט באַקאַנט און באַריהמט. זינגענדיג האָט ער מיט'ן פֿוס צוגעקלאַפֿט צום טאַקט, און אין זײַן זינגען גופֿא איז דער טאַקט געאַקצענטואירט מיט אַ שאַרפֿען בולטקייט. דאָס, און דאָס צושפּילען פֿון די קלעזמער, האָט זיך צוזאַמענגענאָסען אין אַ מוזיקאַלישע אײַניגקייט, װועלכע האָט מיר באַצױיבערט. אַזױי װוי פֿאַר די אױיגען זעה איך איהם — ניט קײן הױיכער און ניט קײן דיקער, מיט אַ שיטערע, בלאָנד-ברױינע בערדעל, און אַ בלאַסליכען פּנים — װוי ער שטעהט און זינגט, צוקלאַפֿענדיג מיט אײַן פֿוס און מאַכענדיג מיט בײַדע הענד צום טאַקט. דער טאַקט פֿון זײַן זינגען איז איבערגעגאַנגען צו זײַנע צוהערער װוי עלעקטריציטעט. דער גאַנצער עולם האָט מיטגעזונגען, אָהן װוערטער, און אָהן װוערטער מיטגעהאַלטען זײַן טאַקט.

אין דעם איז באַשטאַנען דער הױיפּט סעקרעט פֿון זײַן ערפֿאָלג: אין דעם אונפֿאַרגלײַכליכען טאַקט פֿון זײַנע ניגונים.

ניגון איז אין זײַנע אַ ליד אײַגענטליך פֿאַראַן װוייניג. עס איז געװוען אַ „רעטשיטאַטיװו", אַ „זאַנגעכץ", װוי חזנים רופֿען דאָס; אַמאָל אַ טענה, אַמאָל אַ נעבעך, אַמאָל אַן אַרגומענט, אַן ערקלעהרונג. עס שמעקט מעהר מיט אַגיטאַציע און מיט לעבענס-פֿילאָזאָפֿיע װוי מיט פּאָעזיע. אָבער דאָס האָט אַ איד ליב; און דער טאַקט, דער ריטם, גיסט אין די טענער אַרײַן די װוײַן פֿון מוזיק. די ליד זינגט זיך פֿון זיך אַלײן. עס איז אײַך שװוער אױיפֿצוהערען. הױיבט איהר אײַנמאָל אָן, ציהט עס אײַך צו זינגען, צײַלענדיג דעם טאַקט מיט אײַערע נערװוען װוייטער און װוייטער.

363מײַן אינסטיטוטסקער קאָסטיום האָט געצװואונגען צונזער'ס אױיפֿמערקזאַמקייט. איך בין געװוען דער אײַנציגער „געשטודירטער" אין זאַל. ער איז צו מיר צוגעגאַנגען און מיר האָבען געשמועסט. װואָס ער האָט געזאָגט און װועגען װואָס מיר האָבען גערעדט, געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר, אַז איך האָב איהם געגעבען באַגײַסטערטע קאָמפּלימענטען, אַז איך האָב געפֿרואוװוט ריידען רוסיש מיט איהם, און אַז דערבײַ בין איך ענטטױישט געװואָרען. זײַן רוסיש איז געװוען אַ קלעגליכע. איך האָב געזעהן אַז קײן מאָדערנע בילדונג האָט ער ניט. איך האָב געװואוסט, אַז ער קען גוט העברעאיש, אָבער דאָס האָט מיך ניט אינטערעסירט. מײַן ענטוישונג האָט מיר פֿאַרשאַפֿט שמערצען. שפּעטער אָבער האָט דאָס נאָר פֿאַרגרעסערט מײַן באַװואונדערונג. אַזאַ מענש זאָל קענען שרײַבען אזעלכע לידער!...

אין אינסטיטוט האָב איך דערנאָך ניט אױיפֿגעהערט צו ריידען װועגען איהם.

יענעם װוינטער האָט װוילנא געלעזען דיניזאָן'ס „שװוארצער יונגערמאַנטשיק", װואָס איז אָקאַרשט ערשינען. איך האָב װועגען דעם בוך געהערט אין מײַן מוהמע'ס שטוב. אַלע האָבען איהם געלעזען און געזיפֿצט איבער די יסורים פֿון יוסף'ן, דעם העלד פֿון דעם ראָמאַן. אַזױי װוי ער איז דער העלד, איז ער נאַטירליך אַ סימפּאַטישער, און עהרליכער און אַ גוטער, און די צרות שטעהט ער אױיס פֿון דעם שװוארצען יונגען מאַן, װועלכער איז זײַן שװואָגער. יוסף איז דער מלאך פֿון דעם ראָמאַן, און זײַן שװואָגער — דער טײַװועל. ער אינטריגירט נעגען יוסף'ן, פֿאַרהאַלט זײַנע בריף צו זײַן פֿרױי און פֿאַר אַ לאַנגע צײַט מיינט מען אַז ער האָט איהר אַװועקגעװואָרפֿען.

מײַן גוטער פֿעטער מיכל האָט יוסף'ס אַנגסטען זיך אַזױי גענומען צום הארצען, אַז ער האָט פֿאַרלאָרען דעם אַפּעטיט צום עסען און איז קראַנק געװואָרען.

אין דער צײַט, װואָס איך בין געװוען אין ערשטען און אין צװוייטען קלאַס, איז פֿאָרגעקומען די רוסיש-טערקישע מלחמה פֿון 3641877—1878. יעדען שבת, װוען איך פֿלעג באַזוכען מײַן מוהמע'ן, פֿלעג איך מוזען אַרױיסקומען צו אברהם דוד דעם שטרײַכער און פֿאַר איהם לעזען די מלחמה-דעפּעשען אין דעם פּעטערסבורגער „גאָלאָס", װועלכע איז דאַן געװוען די גרעסטע און װויכטיגסטע צײַטונג אין רוסלאַנד.

בײַ דעם פֿעטער מאיר'ן זײַנען געשטאַנען רעזערװוויסטען, װועלכע מען האָט גערופֿען צום קריג. דאָס זײַנען מײַסטענס געװוען פּױיערים, װואָס האָבען שױין אין דער אַרמעע אָפּגעדינט עטליכע יאָהר. מען האָט זײי געלאָזען געהן אַהיים, אָבער פֿופֿצען יאָהר האָבען זײי זיך נאָך גערעכענט אין „זאַפּאַס", און איצט, אַז עס האָט אױיסגעבראָכען דער קריג, האָבען זײי געמוזט געהן צום פֿראָנט. אין װוילנא איז געװוען דער פֿאָרזאַמלונגס-פּונקט פֿון דעם געגענד, און אַזױי װוי אין די קאַזערמעס איז ניט געװוען גענוג פּלאַץ, האָט מען זײי צוטיילט צװוישען די אײַנװואוינער. װואו עס איז נאָר געװוען אַ שטיקעל פֿרײַע פּלאַץ, האָט מען אַרײַנגעשטעלט אַ פֿאָר זאַפּאַסנע סאָלדאַטען. בײַ מײַן פֿעטער מאיר'ן אין הױיז איז געװוען אַ זאַל און אַן עס-צימער. האָט מען דאָרטען אַרײַנגעגעבען עטליכע סאָלדאַטען אזעלכע. און אַזױי װוי דאָרטען, אין אַ קאַמער, האָבען געװואוינט מײַנע עלטערען, בין איך מיט די סאָלדאַטען באַקאַנט געװואָרען.

זײי האָבען נאָך ניט באַקומען קײן סאָלדאַטסקע קליידער; און זײי זײַנען נאָך ניט געװוען אַרומגעשאָרען און אַרומגעגאָלט. זײי האָבען אױיסגעזעהן װוי געװועהנליכע פּױיערים. זײי זײַנען געשלאָפֿען אױיף דער ערד.

די גרופּע איז באַשטאַנען דורכאױיס פֿון „סטאַראָװוערצער" אָדער „קאַצאַפֿעס". זײי האָבען אַלע געטראָגען בערד און זײי האָבען גערעדט רוסיש װוי „גרױיס-רוסען", און ניט װוי ליטװוינער, פּאָליאַקען אָדער „װוײַס-רוסען", װועלכע האָבען זיך שפּראַך אױיסגעלערענט אין דער אַרמעע*.

* די פּױיערים-באַפֿעלקערונג אַרום װוילנא באַשטעהט פֿון פּאָליאַקען, װוײַס-רוסען און ליטװוינער. עס זײַנען אָבער געװוען געגענדען, װואָס זײַנען געװוען באַװואוינט פֿון „סטאַראָװוויערצעס".

זײי האָבען זיך פֿאַר מיר באַקאַנט, אַז זײי האָבען געמוזט 365פֿאַרלאָזען זײיערע פֿאַמיליען און געהן אין מלחמה. זײי האָבען ניט געזיפֿצט. און מיט װוערטער האָבען זײי זײיער פֿאַרצװוייפֿלונג אױיך ניט אױיסגעדריקט. מען האָט דאָס אָבער געקענט פֿיהלען אין זײיערע שטימען און אױיף זײיערע געזיכטער.

אײַנעם פֿון זײי געדענק איך: אַ שעהנער פּױיער מיט אַ זעהר שיטערע פֿלאַקסענע באָרד. איך געדענק אױיך די שטילע, פֿאַרטרױיערטע טענער פֿון זײַן שטימע. אַן אבסאָלוט אומװויסענדער מענש. ער האָט ניט געװואוסט װואו טערקײַ איז, פֿאַרװואָס עס איז מלחמה, און פֿאַרװואָס ער מוז געהן אין פֿײַער.

בולט שטעהען אױיך אין מײַן זכרון אַ פֿאָר פֿאָרטרעטען פֿון טערקישע אָפֿיצערען, װואָס זײַנען אין װוילנא געװוען אין „פּלען" (געפֿאַנגענשאַפֿט). בײַ אונז האָבען זיך געפֿונען בײַ אַ טױיזענד קריגס-געפֿאַנגענע, און בײַטאָג פֿלעגען זײי אַרומגעהן איבער'ן שטאָדט, שטילע, אומעדיגע.

דײַטליך ערינער איך זיך דאָס געזיכט פֿון אַ טערקישען אָפֿיצער, װועלכען איך האָב געזעהן אױיף דער „נאַבערעזשנאַיאַ" (אױיסגעגליכענער ברעג) פֿון דער װויליא, און פֿון אַ צװוייטען, װועלכער האָט געצױיגען מײַן אױיפֿמערקזאַמקייט לעבען דעם באָטאַנישען גאָרטען. דער ערשטער איז געזעסען אױיף אײַנעם פֿון די בענק פֿון דער „נאַבערעזשנאַיאַ", געזעסען און שװוײַגענדיג געקוקט אױיפֿ'ן װואַסער. ער האָט געהאַט אַן אײַדעלען אינטעליגענטען אױיסדרוק, און מיר האָט זיך געדוכט, אַז איך קען אױיף איהם לעזען די בענקעניש װואָס ציהט זײַן הארץ. דער צװוייטער איז געשטאַנען און געזונגען שטילערהייט. זײַן ניגון האָט מיר געקלונגען אַביסעל װוי אידיש.

12
באַקאַנטשאַפֿטען. — זומער-פֿלעצער. — צװוישען די רעלסען. — לעואָנדאַ. — אַ באַגעגעניש. — אַ שפּאַציר. — שטימונגען. — גאָרעצקעבעקע'ס קאַפֿע. — „מאַראָשענאַיאַ".

אױיף די „סקאַמייקעס" אין קלאַס-צימער זײַנען מיר געזעסען נאָך'ן אלף-בית נאָך. נעקסט צו מײַן נאָמען, װועלכער 366הױיבט זיך אָן מיט אַ „קאַ", איז געזעסען דער נאָמען לעװוין. אַלזאָ, בין איך מיט לעװוין'ען — אַ שילער פֿון אשמענע, װוילנער גובערניע — די גאַנצע פֿיער יאָהר געזעסען אױיף אײַן „סקאַמייקע", און די געלעגערס אין די שלאַף-צימערען זײַנען אױיך געװוען באַשטימט נאָך'ן אלף-בית; זײַנען אונזערע בעטען אימער געשטאַנען אײַנער לעבען דער אַנדערער.

לױיט זײַנע אָפֿיציעל פֿאַרשריבענע יאָהרען, איז לעװוין געװוען פֿון דעם זעלבען עלטער װוי איך. איך בין אָבער געװוען זיכער אַז ער איז מיט אַ יאָהר צװוייי עלטער פֿון מיר. מיר האָבען געהאַט גאַנץ פֿאַרשידענע כאַראַקטערס. אָבער מיר זײַנען דאָך בוכשטעבליך טאָג און נאַכט צוזאַמען, זײַנען מיר גיך צוגעװואוינט געװואָרען אײַנער צום אַנדערען. איך בין געװוען אַ היציגער. ער אָבער האָט געהאַט אַ געלאַסענערע נאַטור. אַלזאָ, איז צװוישען אונז קײנמאָל ניט פֿאָרגעקומען קײן צוזאַמענשטױיס, און מיר זײַנען געװוען נאָהענטע חברים. ניט צו נאָהענט. מיר האָבען זיך קײנמאָל ניט אױיפֿגעהערט צו „איהרצען". אונזערע באַציהונגען זײַנען אָבער אימער געװוען פֿרײַנדליכע.

מיר פֿלעגען דאָס רוב לערנען די אוראָקען צוזאַמען, און זײַנענדיג „אין שטאָדט" פֿלעגט ער אַמאָל קומען צו מײַנע עלטערען אָדער מוהמען, און איך פֿלעג מיט איהם באַזוכען אַ פֿאָר פֿאַמיליען, בײַ װועלכע ער איז געװוען אַן אײַנגעהער. אזעלכע פֿאַמיליען האָט ער געהאַט אַ היבשע צאָהל, װוארים ער איז געװוען פֿון די מענשען, װועלכע מאַכען לײַכט באַקאַנטשאַפֿטען און פֿיהלען זיך אומעטום װוי בײַ זיך אין דער היים.

אױיף אונזער ערשטער װואַקאַציע, נאָך די עקזאַמענס, װוען מיר זײַנען איבערגעגאַנגען אין צװוייטען קלאַס, האָט ער באַקומען אַן אוראָק, פֿאַר װועלכען מען האָט איהם, אַ חוץ געצאָהלט, געגעבען קעסט און לאָזשי דורכ'ן זומער; און איך האָב איהם דאָרטען אָפֿט באַזוכט. ער האָט געלערנט מיט אַ אינגעל, װואָס ער האָט געגרייט צו גימנאַזיע. דעם אינגעל'ס אַ שװועסטער האָט יענעם זומער געענדיגט די מיידעלשע גימנאַזיע. און אין שטוב פֿלעגען אַרײַנקומען איהרע חבר'טעס און אַ

גריגאַרי לעװוין, קאַהאַנס מיטשילער אין אינסטיטוט, פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער עלטער פֿון 40 יאָהר
גריגאַרי לעװוין. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער עלטער פֿון 40 יאָהר.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 366–367

367פֿאַר גימנאַזיסטען. דער פֿאָטער פֿון דער פֿאַמיליע איז געװוען אַ װואױיל-האַבענדער פֿעלדשער, מיט'ן נאָמען משה-ברוך זאַק, און ער האָט געלעבט אױיף אַ מאָדערן-באַלעבאַטישען שטייגער. ער איז געװוען אַ הײַטערער פֿאָטער און אַ גאָסט-פֿרײַנדליכער מענש. האָבען זײַנע טאָכטער'ס באַקאַנטשאַפֿטען בײַ איהם אימער געהאַט אַ װואַרימען װוילקום. איך בין מיט דער פֿאַמיליע גוט באַקאַנט געװואָרען און פֿלעג דאָרטען זײַן אַן אָפֿטער גאַסט.

אַמאָל פֿלעגען מיר אַלע געהן אין הינטער'ן שטאָדט, געװועהנליך אין װויפֿלעעם (בעטלעהיים, בית לחם), װועלכער איז דאַן געװוען אײַנער פֿון די צװוייי לעבעדיגסטע „הײַנט-װועלטיגע" זומער-פֿלעצער אין װוילנא.

די אַלט-מאָדישע בעל-הבתים, װואָס האָבען געקענט נעמען אַ זומער-קװואַרטיר, פֿלעגען זיך דינגען אַ צימער אין „רוװועלע" (ירושלים). װוויפֿלעעם איז פֿון רוװועלע ניט װוייט. דורך אַ װועלדעל פֿלעגט מען דורך װויפֿלעעם צוקומען צו די רעלסען פֿון אײַזען-באַהן, און אױיף יענער זײַט פֿון די רעלסען איז „זשעלעזניצא קאַטקאַ". דער צװוייטער זומער-פֿלאַץ, װואו עס פֿלעגט זיך צוזאַמענקלײַבען אַ הײַנטיגער עולם. אין װויפֿלעעם און זשעליעזניצא קאַטקא, און ביער-האַלעס, װואו עס האָבען געזונגען רוסישע און דײַטשע שאַנסאָנעטקעס, און אַרום יענע פֿלעצער האָבען זיך געפֿונען די „הײַנטיגע" זומער-קװואַרטירען.

מען פֿלעגט שפּאַצירען צװוישען די רעלסען פֿון דעם אײַזען-באַהן. אַזױי פֿלעגען די פּאָרלעך אָדער גרופּען אָפּגעהן אַ פֿאָר װווערסט, זעלטען מעהר.

אַ פּאָפּולערער פּונקט אױיף דיזע שפּאַצירען איז געװוען די „דריטע קאַסאַרקע"*. די פֿרױי פֿון דעם װועכטער האָט פֿון 368דרױיסען אױיסגעשטעלט אַ טישעל מיט בענקסלעך. דאָ פֿלעגט מען זיך צוזעצען, און באַשטעלען ברױיט מיט מילך אָדער מיט זױיער-מילך.

* מיט דעם װוארט „קאַסאַרקע" האָט מען געמיינט אַ שטיבעל, װואו עס האָט געװואוינט אַן אײַזענבאַהן-װועכטער. זײַן פֿליכט איז געװוען אַכטונג צו געבען אױיף די רעלסען, און װוען עס איז אָנגעקומען אַ צוג — אַרױיסצושטעלען אַ קליינע פֿאָהן אַלס אַ סיגנאַל צי די רעלסען זײַנען אין גוטען צושטאַנד.

אױיף מײַנע שפּאַצירען אַרום „זשעליעזניצא קאַטקאַ" האָב איך דאָ אָפֿט געזעהען דעם רוסיש-אידישען שרײַבער, לעואַנדאַ. ער האָט דאָ געװואוינט אױיף אַ דאַטשע. איך פֿלעג איהם זעהן מיט פֿאַרשטעהער פֿון דער עלטערער אידישער אינטעליגענץ. ער און באַגראָאו זײַנען דאַן געװוען די אײַנציגע בעלעטריסטען, װואָס האָבען געשריבען פֿון אידישען לעבען אױיף רוסיש. אַז דעם „שװוארצען יונגען מאַנטשיק" אָדער אַנאַנדער ראָמאַן, װואָס איז געשריבען געװוען אין אידיש, זאָל מען רופֿען אַ בעלעטריסטישע װוערק, איז אין יענע יאָהרען קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלען. אַלס אַ טייל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור האָט מען איהם ניט גערעכענט, ניט איהם און ניט באַגראָאו'ען; און װוען זײי װואָלטען אפֿילו געהאַט מעהר טאַלאַנט װוי טורגעניעװו, װואָלט מען זײי אױיך ניט אַרײַנגערעכענט. זײיערע װוערק זײַנען געװוען אַ ליטעראַרישע װועלטעל פֿאַר זיך, ניט קײן אידישע און ניט קײן רוסישע; און די שטרעבונג פֿון אינסטיטוטשיקעס אָדער פֿון אידיש גימנאַזיסטען איז געװוען צו זײַן באַקאַנט מיט דער רוסישער ליטעראַטור.

אײַנמאָל בין איך געגאַנגען פֿון אינסטיטוט צוזאַמען מיט אַ שילער פֿון אַ העכערן קלאַס (איך בין געװוען אין צװוייטען און ער אין דריטען). עס איז געװוען אַ „טאַבעלני דין" (רעגירונגס יום-טוב), און מיר זײַנען געװוען פֿרײַ. אונז איז אױיסגעקומען צו געהן אין דעם זעלבען געגענד נעבען אַנאַנדער. װוען מיר האָבען אַזױי אָפּגעשפּאַצירט בײַ צװואַנציג מינוט און מיר האָבען דערגרייכט די פֿאַראַדנע טיר פֿון דעם אידישען האָספּיטאַל, האָבען מיר באַגעגענט צװוייי גימנאַזיסטקעס. עס האָט זיך אַרױיסגע369צײַנט, אַז זײי זײַנען מײַן באַגלייטער'ס באַקאַנטע — הױיפּטזעכליך די עלטערע פֿון זײי.

מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט. ער האָט זיך מיט זײי באַגריסט און מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײי. די װוערטער „איך האָב די עהרע פֿאַרצושטעלען: הערר דער-און-דער און פֿרײַלין די-און-די" — די דאָזיגע װוערטער און די גאַנצע צערעמאָניע איז שױין בײַ מיר ניט געװוען קײן נײַעס. און דאָך פֿלעגט דאָס מיר יעדעס מאָל אױיפֿרודערען און ברענגען פֿאַרב אין מײַנע בליעכע באַקען. אַ פּשיטא שױין, װוען מען האָט מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ „ברונע קליידעל"!

די העלענע פֿון די צװוייי גימנאַזיסטקעס איז ניט געװוען קײן שעהנע. אָבער איהרע אױיגען — שװוארצע — האָבען געבליסטשעט מיט לעבענס-לוסט. זי האָט צו מײַן מיטגעהער געהאַט אַ ביטא: דער לעהרער פֿון רוסיש — טאַקע אונזער דאַדישקין — האָט זײיער קלאַס אױיפֿגעגעבען אַ „סאָטשינעניע", האָט זי פֿאַרלאַנגט אַז ער זאָל דאָס פֿאַר איהר אױיפֿשרײַבען.

— אױיף װוען האָט ער דאָס אײַך אױיפֿגעגעבען? — האָט ער געפֿרעגט.

— קעטשטירנצטמו!* — האָט זי געענטפֿערט.

* צום פֿערצעהנטען פֿון דעם מאָנאַט.

דער פֿולער װוארט איז: „ס'טשעטירענאַדצאַטאַמו", אָבער אין ריידען װוערט ער פֿאַרקירצט. עטליכע קלאַנגען װוערען פֿאַרשלונגען. האָט זי מיט דעם קאָקעטירט.

עטליכע מאָל האָט זי זיך געפֿונען אַ תירוץ דעם װוארט װוידער איבערצוזאָגען, כדי װוידער צו קאָקעטעװוען מיט איהר עכט-רוסישער אױיסשפּראַך.

דערבײַ האָט זי צום יונגנמאַן קאָקעטיש געבליסטשעט מיט איהרע שװוארצע לעבענס-לוסטיגע אױיגען און קאָקעטיש געשמייכעלט מיט איהר ניט-שעהנעם מױיל.

איך האָב דאָס אַלץ פֿאַרשטאַנען אַזױי קלאָהר װוי איך האָב 370פֿאַרשטאַנען אַז ניט די „סאָטשינעניע" איז דאָ װויכטיג, נאָר דאָס װואָס זי איז אַ „זי" און ער אַן „ער".

די מיידעל האָט אױיף מיר ניט געמאַכט קײן גוטען אײַנדרוק, ניט מיט איהר פּנים, ניט מיט איהר קאָקעטסטװואָ. זי איז אָבער פֿאָרט געװוען אַ באַרישניע! פֿאָרט אַ גימנאַזיסטקע! האָב איך איהר קאַװואַליער מקנא געװוען די בליטשענדיגע בליקען װואָס זי װוארפֿט צו איהם.

איך בין שױין דאַן באַקאַנט געװוען מיט דרײַ-פֿיער באַרישניעס, אַ חוץ די מיידעל װואָס איך האָב באַגעגענט לעבען האָספּיטאַל. אָבער מײַנע באַקאַנטשאַפֿטען — ריכטיגער, מײַנע קאָסאַקע אױיגען — פֿלעגען מיר פֿאַרשאַפֿען מעהר שמערצען װוי פֿאַרגעניגען.

איך בין געװוען זעהר עמפֿפֿינדליך אין אַלגעמיין; אין באַצוג אָבער צו דיזען פּונקט האָט מײַן עמפֿפֿינדליכקייט אַריבערגעטראָטען אַלע גרענעצען.

װוען אַ באַרישניע האָט אין מײַן אַנװועזענהייט גערעדט צו אַן אַנדער קאַװואַליער, פֿלעג איך מיינען אַז זי רעדט צו איהם און ניט צו מיר, װוייל בײַ איהם זײַנען די אױיגען גליכע און בײַ מיר ניט. און װוען זי האָט גערעדט צו מיר, פֿלעג איך זײַן דורכגעדרונגען מיט דעם באַװואוסטזײַן, אַז זי קוקט מיר אין די אױיגען, אין מײַנע אונגליקליכע אױיגען. אַ פֿיבער פֿון שאַנד פֿלעגט מיך אָנרײַסען — פֿון שאַנד, נידערגעשלאַגענקייט און אַן עהנליכעס צו שרעק.

מיר האָט זיך געדוכט, אַז קײן באַרישניע װועט מיט מיר ניט װועלען געהן איבער'ן גאַס; און װוען אַ באַרישניע איז יאָ געגאַנגען מיט מיר, פֿלעג איך עפּעס זוכען אַ ספּעציעלע אורזאַכע, אַ ספּעציעלען מײַן דערבײַ.

איך האָב זיך געשראָקען פֿאַר געזעלשאַפֿט. אָבער דאָס האָט מיר נאָר פֿאַרביטערט און געגעבען איבערטריבענעם מוט באַקאַנט צו װוערען מיט באַרישניעס און צו באַזוכען זײי, און פֿון צײַט צו צײַט האָב איך באַקומען אַן אײַנלאַדונג צו אַן „אָװוענד" (פֿאַרטי), צו אַ געבורטס-טאָג אונטערהאַלטונג אָדער אַזױי צו-371גאַסט. און אין אַ פֿאָר הײַזער, װואו עס זײַנען געװוען באַרישניעס, פֿלעג איך זיך פֿיהלען היימיש און האָב אױיף קײן אײַנלאַדונג ניט באַדערפֿט װוארטען.

מיט מײַן טעמפּעראַמענט און אונערשעפֿליכע לעבעדיגקייט פֿלעג איך אָפֿט זײַן די נשמה פֿון אַ קאָמפּאַניע, און דערנאָך פֿלעג איך געהן צוריק אין אינסטיטוט אָדער צו מײַנע עלטערען מיט אַ װואונד אין הארצען — אַמאָל אָהן אַן אמת'ער אורזאַכע.

אין דעם נעקסטען העכערן קלאַס נאָך אונזערען איז געװוען אַ שילער, װועלכער איז אױיך געװוען קאָסאַקע, נאָך פֿיל ערגער װוי איך. פֿלעג איך איהם אימער אױיסמיידען. אײַן מאָל איז אַזױי אױיסגעקומען, אַז איך האָב געמוזט מיט איהם ריידען (אימעצער האָט אונז גראָד געליהען דעם זעלבען בוך און מיר האָבען גערעדט אָפּגעמאַכט װוער עס זאָל איהם לעזען פֿריהער); האָט דערבײַ בײַ מיר געפֿלאַמט דער פּנים און עס האָט מיר געקלאַפֿט דאָס הארץ, אַזױי װוי מען װואָלט מיר געכאַפֿט בײַ אַ פֿאַרברעכען.

אַ געװוויסע צײַט נאָך מײַן באַגעגעניש מיט דער הױיכער, לעבענס-לוסטיגער גימנאַזיסטקע, האָב איך זיך מיט איהר געטראָפֿען אױיף אַן „אָװוענד", בײַ אַ פֿאַמיליע, װואָס איז באַשטאַנען פֿון אַן אלמנה מיט צװוייי טעכטער. די צװוייי שװועסטער זײַנען ניט געװוען קײן „פֿאָלשטענדיגע באַרישניעס", אָבער רוסיש האָבען זײי גערעדט, און זײיערער אַ קרוב איז געװוען אונזערער אַ שילער; פֿלעגט ער אָפֿט אַהין ברענגען אַ פֿאָר פֿון זײַנע חברים. אײַנמאָל האָבען זײי געמאַכט אַ גאַנצע „װועטשערינקע", און איך מיט נאָך אַ פֿאָר אינסטיטוטשיקעס זײַנען געװוען צװוישען די אײַנגעלאַדענע.

װוען איך בין געקומען אַהין, האָב איך צװוישען די געסט געפֿונען די הױיכע גימנאַזיסטקע. פֿון דער װועטשערינקע גופֿא איז אין מײַן זכרון קײן אָפּדרוק ניט פֿאַרבליבען. עס איז נאָר פֿאַרבליבען דאָס פֿאָלגענדע, װואָס איז פֿאָרגעקומען נאָך דער װועטשערינקע:

װוען מען האָט זיך געזעגענט מיט דער פֿאַמיליע און זיך אָנגעטאָן צו געהן, האָבען די קאַװואַליערען מיט די באַרישניעס 372צװוישען זיך באַשטימט װוער עס זאָל װועמען אָפּפֿיהרען אַהיים, און אױיף מײַן גורל איז גראָד אױיסגעקומען צו באַגלייטען די הױיכע גימנאַזיסטקע. װואַהרשײַנליך האָט דאָס געהאַט אַ שייכות צו די געגענדען װואו אונזערע עלטערען האָבען געװואוינט, װואָרים עס איז געװוען אין אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט, און איך האָב גענעכטיגט אין דער היים. יעדענפֿאַלס איז דאָס אַזױי באַשטימט געװואָרען; און זי האָט גאָרניט געהאַט דאַגעגען. פֿאַרקעהרט, זי האָט מײַן קאַנדידאַטור אָנגענומען מיט פֿרייד. מיר זײַנען געגאַנגען שפּאַצירענדיג, און מיר האָבען אַװועקגעשפּאַצירט אַ היבשע שטיק פֿון אונזער װועג, ביז מיר האָבען זיך געפֿונען בײַ דער װויליא, אױיף דער „נאַבערעזשנאַיא".

מיר האָבען זיך צוגעזעצט אױיף אײַנעם פֿון די בענק. עס איז געװוען שפּעט. און אַרום און אַרום איז געװוען שטיל. קײן שפּור פֿון אַ מענשען. עס איז געװוען אַ לבנה-נאַכט. די לופֿט איז געװוען פֿול מיט זילבער-שײַן, און שטיקלעך זילבער האָבען געפֿינקעלט אין טײַך. מיר זײַנען געזעסען און גערעדט, און זי האָט דעם געשפּרעך פֿאַרקירעװועט אױיף אַ ליטעראַרישער ריכטונג.

זי האָט זיך לוסטיג געמאַכט און קאָקעטעװועט אָהן אַ שיעור.

— גיט מיר הונדערט קושען! — האָט זי צו מיר געזאָגט, ניט אױיף רוסיש נאָר אױיף אידיש.

זי האָט דאָס געזאָגט אין אַ טאָן פֿון שפּאַס. זי האָט אָבער געשמייכעלט מיר אין פּנים אַרײַן מיט איהר קאָקעטישען, לעבענס-לוסטיגען שמייכעל.

— נײַן! — האָב איך געענטפֿערט, אַ שעמעװודינער, אַ צוטומעלטער.

— גיט מיר טױיזענד קושען! — האָט זי װוייטער געשפּאַסט.

— נײַן!

— צעהן טױיזענד, צװואַנציג טױיזענד!

— נײַן!

— אַ מיליאָן קושען!

— נײַן!

373איך האָב געמיינט אַז זי מאַכט חוזק פֿון מיר. איך האָב זיך צו איהר ניט צוגעריהרט. און אַזױי האָב איך איהר אָפּגעפֿיהרט אַהיים.

דערנאָך האָב איך זיך גענומען דעם לעבען פֿאָרװוארפֿן איך בין געװוען אַזאַ נאַר. צוערשט האָב איך איהר יאָ פֿאַרשטאַנען און ניט פֿאַרשטאַנען. עס האָט זיך מיר ניט געגלױיבט. צו דעם האָט זי טאַקע געמיינט איך זאָל איהר קושען — איך, דער קאָסאַקער? נײַן, זי האָט געװויס געמאַכט חוזק פֿון מיר... פֿאַרװואָס אָבער האָט זי געװואָלט איך זאָל איהר באַגלייטען? און פֿאַרװואָס איז זי מיט מיר פֿאַרגאַנגען װוייט פֿון אונזער װועג, אַזש צו דער נאַבערעזשנאַיא, אַזױי שפּעט בײַ נאַכט?

גאַנצענע טעג האָב איך גענאַגט דעם מוח איבער דער פֿראַגע. איך האָב אָנגעשטרענגט מײַן זכרון צו דערמאָנען יעדען טאָן פֿון איהר שטימע, יעדע מינע פֿון איהר פּנים בשעת זי האָט גערעדט צו מיר... אױיב זי האָט טאַקע געמיינט איך זאָל איהר קושען, האַלט זי מיר איצט מסתמא פֿאַר אַ „שלימזאָלניק"... דער דאָזיגער געדאַנק האָט מיר גערגערט מעהר פֿון אַלץ.

און װוען איך בין אַ ביסעל מעהר באַקאַנט געװואָרען מיט װוירקליכקייטען, האָב איך װועגען דעם זין פֿון יענער סצענע שױין מעהר קײן צװוייפֿעל ניט געהאַט.

איך האָב זיך ערקונדיגט, אַז מײַן אַנגסט אין באַצוג צו מײַן אױיסזעהן איז אָפֿט איבערטריבען, — אַז מען װוײַכט פֿון מיר גאָר ניט אַזױי װוי איך מײַן. אָפֿט, אָבער ניט אימער. דער סך הכל איז געװוען, אַז מײַנע אױיגען האָבען מיר ניט אױיפֿגעהערט צו מוטשען.

עס זײַנען געװוען גענוג שטונדען, װוען די הארץ איז געשפּרונגען פֿון לעבענס-פֿרייד. אָבער אַם דײַטליכסטען געדענקען זיך שטונדען פֿון פּײַנליכער מרה שחורה. אין מײַן בלוט האָבען געשפּילט פֿאַרשידענע דורשטען. איך פֿלעג אָפֿט פֿיהלען אַן אומעט, שאַרף װוי אַ קערפּערליכער װועהטאָג. אין אַ העכערען גראָד אָדער אַ נידעריגערען, פֿיהלט מסתמא אַזױי יעדער בחור'ל 374— יעדער אײַנגעל, װואָס קומט אַרײַן אין די יאָהרען, װוען עס צובליהט זיך אי דער גוף אי די נשמה.

אזעלכע שטימונגען זײַנען אין מײַן זכרון הױיפּטזעכליך פֿאַרבונדען מיט דעם אָנקומען פֿון פֿריהלינגס-אָטעם דורך די אָפֿענע פֿענסטער פֿון אינסטיטוט. און — נאָך מעהר — מיט מײַנע זומער-אָװוענדען אין װויפֿלעעם און „זשעליעזנאַיא קאַטקא".

פֿון די אוראָקען, װואָס איך האָב געגעבען װואַקאַציע-צײַט, האָב איך זיך געלאָזט מאַכען אַ זומער-מאָנטעל, אַ לײַכטען און אַ לאַנגען, װוי דאַן איז געװוען די מאָדע, און איך האָב זיך געקױיפֿט אַ זומערדיגען שירעם פֿון לײַכטע העל-בלױיע שטאָף מיט אַ טראָסטענעם שטעקעל. דאָס האָב איך זיך ערומגעטראָגען אין מײַן צװוייטער װואַקאַציע, און אין מײַן דריטער האָב איך זיך באַשטעלט אַ לײַװוענטענעם קאָסטיום. מיט דעם האָב איך געטראָגען די שװוארצע אינסטיטוטסקע היטעל. אַזױי געקליידעט, פֿלעג איך כמעט יעדען אָװוענד פֿאַרברענגען אין די זומער-פֿלעצער.

שרײַבענדיג דיזע װוערטער, זעה איך זיך, װוי איך שפּאַציר ארום, פֿראַנטעװועװוענדיג מיט דעם האַלב-אָפֿענעם העל-בלױיען שירעם אין האַנט — אַ דאַרער, אַ בלייכער, מיט אַ פּנים װואָס האָט אױיסגעזעהן אינגער װוי איך בין געװוען אין אמת'ען, און מיט אױיגען בלױיליכע, װועלכע האָבען מיר אַזױי פֿיל שמערצען פֿאַרשאַפֿט.

איך בין באַקאַנט געװואָרען מיט גענוג באַרישניעס און גימנאַזיסטען. אָבער יעדעס מאָל, װוען עס פֿלעגט פֿאָרבייגעהן אַ קאַמפּאַניע, צו װועלכער איך האָב ניט געהערט, פֿלעגען זיך מיר דוכטען, אַז זײיער װועלט איז פֿאַרבאָטענע פֿרוכט פֿאַר מיר, אַז זײי זײַנען װויכטינערע מענשען װוי איך.

אין מיר האָבען געשטורעמט אַמביציעס, שטרעבונגען, באַגעהרען, אײַפֿערזוכטען, קנאה אין דעם געװועהנליכען זין פֿון דעם װוארט, און דאָס איז געװוען באַהעפֿטעט מיט אַן אונאױיפֿהערליכען באַװואוסטזײַן פֿון מײַן פֿעהלער.

װואָס מעהר באַקאַנטשאַפֿטען איך האָב געהאַט, אַלץ עלענדער און אײַנזאַמער האָב איך זיך געפֿיהלט, און אַלץ װוייניגער 375האָב איך געהאַלטען פֿון זיך. יעדער האָט זיך מיר אױיסגעדוכט גרעסער און װויכטיגער פֿאַר מיר.

איך בין שטענדיג געװוען אונרוהיג. עס איז מיר שװוער געװוען אײַנצוזיצען אױיף אַן אָרט. זומער בײַטאָג, װוען עס האָט קײן זין ניט געהאַט צו געהן אין די זומער-פֿלעצער, פֿלעג איך ארומשפּאַצירען איבער'ן שטאָדט. אױיף ברײַטער גאַס איז געװוען אַ גרױיסער, צוגעדעקטער הױיף, װואו צװוייי איטאַליענער, ברידער, האָבען געהאַנדעלט מיט בילדער און מיט קונסט-מאַטעריאַל. איך בין מיט דעם פּלאַץ באַקאַנט געװואָרען דורך „יאַנקעלע" גאָלדבלאַט, װועלכער פֿלעגט דאָרטען קױיפֿען בלײַשטיפֿטען, פֿאַרבען, װואַסער-פֿאַרב. אַלזאָ פֿלעג איך איצט אין די זומער-טעג אָפֿט אַהין אַרײַנקומען באַזוכען די בילדער, װואָס זײַנען געהאַנגען אױיף די װוענט, די אַרטיקלען, װואָס זײַנען געװוען אױיסגעלעגט אין גלעזערנע שאַפֿקעלעך, און די צװוייי ברידער גופֿא, מיט זײיערע קליינע בערדעלעך און איטאַליענישע געזיכטער, װועלכע זײַנען געװוען אַזױי עהנליך אײַנער צום אַנדערען.

דורך זײיער צוגעדעקטען הױיף פֿלעג איך אַרײַנגעהן אין אַן אַנדער גרױיסען הױיף, אונטער'ן פֿרײַען הימעל, און פֿון דאָרטען װוייטער. איך פֿלעג שפּאַצירען אַרום ערשטער גימנאַזיע, אַרײַנגעהן אין דער ביבליאָטעק, זיצען און לעזען, װוידער װוערען אומרוהיג, װוידער געהן — איבער טראָסקער גאַס — צו פּאַהאָליאַנסקע, פֿאַרבײַ „זאַקרעטע'ס" װואַלד.

לעבען דער ערשטער גימנאַזיע איז געװוען „גאָרעצקאַיאַ'ס" קאַפֿעינע — די אײַנציגע פֿון װועלכער איך האָב געװואוסט. דאָרטען פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען אינטעליגענטע יונגעלייט טרינקען אַ גלאָז קאַפֿע און לעזען אַ צײַטונג. עטליכע פֿון מײַנע באַקאַנטע זײַנען דאָרטען געװוען אָפֿטע אײַנגעהער. איך אָבער האָב דעם פּלאַץ ערשט אָנגעהױיבען צו באַזוכען, װוען איך בין שױין אַריבערגעגאַנגען פֿון צװוייטען קלאַס אין דריטען. אין אַ זומערדיגען שבת בײַטאָג אין דער פֿריה איז דאָס געװוען. איך האָב זיך דאָרטען געפֿיהלט ניט בעקװועם, אַזױי װוי אין אַ צו-הױיכער װועלט װואָלט איך זיך אַרײַנגעשפּאַרט.

צו די ביר-האַלעס און קאַפֿע-שאַנטאַנען פֿון „װויפֿלעעם" און 376„זשעליעזנאַיא קאַטקאַ" בין איך שױין געװוען געװואוינט, און צו „גאָרעצקאַיאַ'ס" פּלאַץ — נאָך ניט. איך האָב געהאַט צו-װוייניג גלױיבען אין זיך, און יעדער נײַער טריט איז מיר אָנגעקומען שװוער.

אױיף טראָסקער גאַס איז געװוען שאַפֿנער'ס קאַנדיטערסקאַיאַ. דורכ'ן טיר פֿלעג איך זעהן װוי גימנאַזיסטען און גימנאַזיסטקעס פֿאַרסמאַקעװוענדיג זיך דאָרט מיט „פּיראָזשענעס" שטעהענדיגערהייט; אָדער איך פֿלעג זיך אָפּשטעלען קוקען װוי בײַם פֿענסטער זיצט מען און מען עסט „מאָראָזשענאַיא" (אײַז-קרים). אײַנמאָל האָב איך געזעהן, װוי אַן אָפֿיצער עסט גרינע מאָראָזשענאַיא. אַזױי מאָראָזשענאַיא האָב איך נאָך קײנמאָל ניט געזעהן.

אַרײַנגעהן אינװוייניג איז געװוען אַ צו אַריסטאָקראַטישער שריט פֿאַר מיר. דער אײַנציגער סאָרט „מאָראָזשענאַיא", װואָס איך האָב געגעסען זײַנענדיג אין רוסלאַנד, איז געװוען דער מין, װועלכען עס פֿלעגען אַרומטראָגען איבער די גאַסען „מאָראָזשעניקעס" — רוסישע פּױיערים פֿון טוװוערער גובערניע, אין רױיטע רובאַשקעס און הארטע קאַפּעליושען.

זײי האָבען זײיער סחורה געטראָגען אין אַ פֿעסעל אױיפֿ'ן קאָפּעלוש; געגאַנגען װוינקענדיג מיט דער האַנט, װואָס איז געװוען פֿרײַ, און אַלע װוײַל זיך אָפּגעשטעלט אױיסצושרײַען: „מאָראָזשענני סאַכאַר!" זײי האָבען אײַך געגעבען פֿאַר צװוייי קאָפּיקעס, פֿאַר דרײַ קאָפּיקעס, אָדער פֿאַר פֿינף קאָפּיקעס; און זײיער אַ שטיקעל איז אײַך צוגאַנגען אין אַלע גלידער. װואָס, דאַכט זיך, האָט שױין געקאָנט זײַן געשמאַקער?

איך פֿלעג זיך פּרואוװוען פֿאָרשטעלען דעם גן-עדן'ן טעם פֿון די „מאָראָזשענאַיא", װואָס מען באַקומט אין אַ קאָנדיטערסקאַיאַ, און פֿלעג ניט קענען. ערשט שפּעטער, אין ניו יאָרק, אין פּאַריז, אין בערלין, אין װוין, האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז די טײַערסטע „אײַז קרים", „גלאַסעס" אָדער „געפֿרארענעס" פֿון די רײַכסטע קאָנדיטעריען אין דער װועלט איז אַזױי װוי מיטעלװואָך געגען יום-טוב אין פֿאַרגלייך מיט די „מאָראָזשענאַיא" פֿון דעם טוװוערער פּױיער אין דער רױיטער רובאַשקע.

13
טעאַטער. — מײַן פֿעטער חיים לייב.

377די גאַנצע צײַט, װואָס איך בין געװוען אין רוסלאַנד, האָב איך דעם טעאַטער באַזוכט בײַ אַ צעהנדלינג מאָל, ניט מעהר. איך מיין דעם רוסישען טעאַטער. פֿון קײן אידישען טעאַטער האָט מען בײַ אונז דאַן ניט געװואוסט. װוען איך בין געװוען אין דריטען קלאַס אינסטיטוט, האָב איך צום ערשטען מאָל געהערט, אַז אין אָדעס איז פֿאַראַן אַ גאָלדפֿאַדען, מיט אַ אידישער טרופּע. בײַ אונז האָט מען אָבער װוייניג גערעדט דערפֿון, און װועגען די אידישע פּיעסען האָב איך קײן באַגריף ניט געהאַט.

אַ רוסישער טעאַטער איז אין װוילנא געװוען פֿון פֿילע יאָהרען. די געבײַדע — פּונקט אַנטקעגען דעם אַרײַנגאַנג אין רודניצקער גאַס — איז שױין געװוען אַן אַלטע, און װוי װוייט איך האָב דאַן געװואוסט, איז געװוען אַ צײַט, װוען מען פֿלעגט דאָרטען שפּילען אױיף פּױיליש. דערנאָך האָט מען דאָס אָבער פֿאַרבאָטען, און מען האָט געשפּילט נאָר אױיף רוסיש. מען האָט אױיפֿגעפֿיהרט דראַמעס, קאָמעדיעס, אָפּערעטקעס, און אַמאָל זאָגאַר אַן אָפּערא.

דער טעאַטער איז געװוען אַ שטאָדט-טעאַטער.

איך האָב איהם באַזוכט צום ערשטען מאָל, װוען איך בין שױין געװוען אין אינסטיטוט. מײַן פֿעטער חיים לייב, מײַן מוטער'ס ברודער, האָט מיר מיטגענומען.

אױיבען איז שױין דערמאַנט געװואָרען, פֿאַרבייגעהענדיג, אַז ער האָט זיך באַזעצט אין פּעטערסבורג. דאָרטען האָט ער זיך „אַרױיסגעאַרבייט" אױיף אַ פֿאַבריק פֿון שמוקלעריי, זײַן פֿאַטער'ס מלאכה. די פֿאַבריק איז געװואַקסען, און ער איז געװואָרען רײַך. ער איז געװוען שטאַרק צוגעבונדען צו זײַנע שװועסטער, און ער פֿלעגט אָפֿט קומען זיך זעהן מיט זײי. און יעדעס מאָל װוען ער איז געקומען, איז דאָס אין אונזער פֿאַמיליע געװוען אַ גרױיסע פֿאַסירונג.

אײַן מאָל, אַלזאָ, װוען ער האָט באַזוכט װוילנא, האָט ער מיר גענומען אין טעאַטער. ער איז געװוען געקליידט װוי אַ 378פֿראַנט און האָט געלעבט װוי אַ פּריץ. אין װוילנא איז ער אײַנגעשטאַנען אין דעם האָטעל „דאַנגמאַרא", װועלכען מען האָט אָקאַרשט אױיפֿגעבױיט, ניט װוייט פֿון באַהן, אױיף דעם הױיפּט-װועג װואָס פֿיהרט צום צענטער פֿון שטאָדט.

ער האָט געקױיפֿט בילעטען אױיף די צװוייי פֿון די בעסטע פּלעצער אין „פּאַרטער" (אָרקעסטרא). דערצו האָט מען געדאַרפֿט האָבען אַ נעקראַכמאַלטע װוייסע איבער-העמד. איך האָב אַזאַ העמד ניט פֿאַרמאָגט, אָבער דער פֿעטער האָט דאָס מיר געאָרגענט פֿון זײַן באַגאַזש. זײַן העמד איז געװוען צו גרױיס אױיף מיר, און דער שװוארצער שניפּסעל האָט זיך ניט געהאַלטען אין דעם קראַגען. מיר האָבען אָבער װוי עס איז בײַגעקומען אַלע שװועריגקייטען.

אין טעאַטער בין איך געזעסען אַזױי װוי ניט נאָר די העמד װואָלט געװוען נעקראַכמאַלט, נאָר איך אױיך. איך האָב מורא געהאַט זיך אַ ריהר צו טאָן, טאָמער קריכט זי אַרױיס פֿון מײַן אינסטיטוטסקער װועסט, און טאָמער שפּרינגט אַרױיס אַ „זאַפּאָנקע".

מען האָט געשפּילט די אָפּערעטא „זשיראָפֿלע-זשיראָפֿלאַ". די הױיפּט-ראָלע האָט געשפּילט דער אַקטיאָר מיט'ן נאָמען נעװוסקי — דער „שטערן" פֿון דעם װוילנער טעאַטער, װואו ער פֿלעגט שפּילען אין אָפּערעטאַס און אין דראַמעס.

דער טעאַטער גופֿא, מיט דעם עולם און מיט אונזער עבאַן'ען אין דער ראָלע פֿון קאַפּעל-מײַסטער, איז פֿאַר מיר געװוען ניט װוייניגער נײַעס, װוי דאָס װואָס איז פֿאָרגעקומען אױיף דער בינע.

איך האָב געקוקט אױיף די לאָזשעס, אױיף די אױיסגעפּוצטע דאַמען, אױיף די אָפֿיצערען מיט די גענעראַלען; איך האָב פֿאַרריסען דעם קאָפּ צו דער גאַליאָרקא.

עס איז נאַטירליך געװוען אַ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט. אַז ניט װואָלט איך ניט געװוען פֿרײַ. יענע נאַכט האָב איך גענעכטיגט מיט מײַן פֿעטער אין האָטעל.

ער איז נאָך געװוען אַ יונגערמאַן — בײַ אַ יאָהר פֿינף-און-דרײַסיג — הגם אַ טייל פֿון זײַנע האָר איז געװוען אין גאַנצען גרױי.

379אין פּעטערסבורג האָט ער זיך אױיסגעלערענט ריידען רוסיש, אָבער ניט גוט. און מײַן רוסישע שפּראַך האָט איהם ניט געלאָזען צו רוהען. ער האָט זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען מיט אַ געמישטען געפֿיהל: מיט אַכטונג און מיט שטאָלץ, װואָס זײַן שװועסטער'ס זון „שטודירט", װואָס איך, דער „אַלטער", מיט װועמען ער פֿלעגט זיך שפּילען אין פּאָדברעזיע, רעדט אַזױי גוט רוסיש; און צו דער זעלבער צײַט האָט ער אױיף מיר געקוקט, ערשטענס, װוי אױיף אַ אינגעל, צװוייטענס, װוי אױיף אַ קבצן, װואָס איז נאָך קײנמאָל אין טעאַטער ניט געװוען און מוז בײַ איהם לײַהען אַ העמד. און דיזער אָרימער אײַנגעל רעדט רוסיש אַ סך בעסער פֿון איהם! ער האָט זיך געשעהמט און געערגערט.

ער האָט זיך געסטאַרעט מיט מיר צו ריידען אױיפֿ'ן אינטעליגענטען שטייגער, און ער האָט אַלע װויילע געברױיכט דעם װוארט „װפּעטשאַטליעניע" (אײַנדרוק).

אױיף מאָרגען האָט ער מיר ניט אָפּגעלאָזען פֿון זיך. ער האָט באַזוכט מײַנע עלטערען און די מוהמען, און אומעטום האָב איך געמוזט זײַן מיט איהם. בײַ װועמען ער איז געװוען צו טשאָלנט, געדענק איך ניט. מסתמא בײַ דער מוהמען. שפּעטער אַביסעל, װוען מיר האָבען אַרומגעשפּאַצירט איבער'ן שטאָדט, האָט ער צו מיר געזאָגט:

— קום, לאָמיר אַרײַנגעהן אין אַ גוטען קריסטליכען רעסטאָראַן.

איך האָב געװואוסט פֿון אַ פּױילישען רעסטאָראַן, װועלכער האָט זיך געפֿונען אױיף דעם הױיף פֿון דער צייכענונג-שוהל, אױיף ברײַטער גאַס. איך האָב דאָרטען אַמאָל געגעסען מיט אימעצען אַ פֿאָר מאָל. דער פֿרײַז פֿון אַ פֿאָלשטענדיגען מאָלצײַט איז געװוען צװואַנציג קאַפּיקעס. פֿון קײן בעסערען פּלאַץ האָב איך ניט געװואוסט. װוען איך האָב מײַן פֿעטער צוגעפֿיהרט צו די טרעפּ, האָט ער זיך מיט פֿאַראַכטונג אומגעקעהרט צוריק. איך האָב זיך געפֿיהלט װוי אַן אָפּגעשמיסענער.

ניט װוייט פֿון יענעם הױיף איז דער באָטאַנישער גאָרטען. דאָרטען, אינװוייניג, איז געװוען אַ קאַפֿע-רעסטאָראַן, און איך פֿלעג זעהן װוי אָפֿיצערען אָדער ציװוילע פּריצים עסען דאָרטען אױיפֿ'ן 380באַלקאָן. אָבער פֿיהרען אַהין מײַן אָנקעל איז מיר גאָר ניט אײַנגעפֿאַלען. ער האָט אָבער אַלײן געװואוסט פֿון דעם פּלאַץ, און ער האָט מיר גענומען אַהין.

און װוען מיר זײַנען אַהין געקומען, האָט ער באַשטעלט עטליכע געריכטען, פֿון װועלכע איך געדענק הױיפּטזעכליך פֿיש. געקאָכט אױיף אַ ניט-אידישען אופֿן, אָבער מיט אַ זעלטענעם טעם. דער גאַנצער מאָלצײַט איז געװוען געשמאַק אױיף אַ שטייגער, װועלכער איז פֿאַר מיר געװוען אַ נײַעס. אַזױינס האָב איך פֿריהער נאָך קײנמאָל ניט פֿאַרזוכט. אין אַװוענד האָב איך דאָס אַלץ מיט באַגײַסטערונג דערצעהלט פֿאַר מײַנע מיט-שילער.

שפּעטער בין איך אין טעאַטער געגאַנגען פֿאַר מײַנע אײַגענע געלט, אָבער שױין ניט אין פּארטער נאָר אױיף דער גאַליאָרקע, װועלכע איז געװוען אונטער'ן סאַמע סופֿיט. ניט פֿון יעדען פּלאַץ האָט מען געקאָנט זעהן די סצענע. מען האָט געמוזט קומען זעהר פֿריה און לאַנג זיצען אױיף די טרעפּ אױיבען בײַ דער טיר פֿון דער גאַליאָרקע, זיצען און װוארטען, ביז מען װועט עפֿענען. אױיב איהר זײַט ניט געקומען פֿריה גענוג און איהר זײַט געזעסען נאָהענט צום טיר, האָט איהר דערנאָך אינװוייניג ניט געקאַנט פֿאַרכאַפּען קײן גוטען פּלאַץ, און איהר האָט גאָר ניט געקאַנט זעהן.

אַם דײַטליכסטען געדענקט איך, װוי איך האָב אין דעם װוילנער טעאַטער געזעהן אָסטראָװוסקי'ס „גראָזאַ" און ספּאַזשינסקי'ס „מאַיאָרשאַ". איך געדענק אױיך די פֿאָרשטעלונגען פֿון גאָגאָל'ס „רעװויזאָר", פֿון די פֿראַנצויזישע מעלאָדראַמעס: „הינטער דער װואַנט פֿון אַ קלױיסטער", און „די צװוייי יתומים"; און פֿון די אָפּערעטעס: „פּעריקאָלאַ" און „מאַדאַם מאַנגאָ".

די פּאָפּולערסטע שױישפּילערין איז געװוען אַן אַקטריסע מיט'ן נאָמען סורעװויטש. זי האָט געשפּילט יונגע ראָלען; און אױיף דער בינע האָט זי אױיסגעזעהן װוי אַ מיידעלע. אין אמת'ן אָבער האָט זי געמוזט זײַן אַ יאָהר פֿופֿציג, אױיב ניט מעהר; װוארים מען פֿלעגט זאָגען, אַז זי האָט אין דעם װוילנער טעאַטער נאָך 381געשפּילט אױיף פּױיליש, און דאָס איז געװוען מיט פֿילע יאָהרען צוריק.

פֿון די אַנדערע װויכטיגע אַקטריסעס געדענק איך מעלניקאָװוא'ן און טאַנינסקאַיאַ'ן, און פֿון די מענער, אױיסער נעװוסקי'ן — גאָרעװו'ען. ער האָט געשפּילט די װויכטיגסטע דראַמאַטישע ראָלען.

װוען איך האָב איהם געזעהן אין „הינטער אַ קלױיסטער-װואַנט", בין איך געװוען אומצופֿרידען. ער האָט ניט גערעדט אױיף אַ נאַטירליכען אופֿן. ער האָט דעקלאַמירט. איך האָב דאָס אױיסגעדריקט פֿאַר אַ פֿאָר פֿון אונזערע שילער, װועלכע האָבען איהם אין דער ראָלע אױיך געזעהן. זײי זײַנען מיט מיר ניט געװוען אײַנפֿאַרשטאַנען.

— דו װוילסט אַז אַן אַקטיאָר זאָל ריידען װוי מען רעדט אױיפֿ'ן גאַס? — האָט אײַנער פֿון זײי גע'טענה'ט — ס'איז דאָך עפּעס אַ טעאַטער. מען װויל האָבען שעהנע רייד. געװועהנליכע רייד קען מען דאָך האָבען אומזיסט.

אַזױי אומגעפֿעהר האָט ער אַרגומענטירט.

מיר האָבען זיך געװוענדעט צו ריעזאַנאָװו'ן, דערנאָך צו װואַהלן (װואַהרשײַנליך זײַנען זײיערע אוראָקען געװוען די נעקסטע). און בײַדע האָבען זײי גע'פּסק'ענט צו גונסטען פֿון מײַן מיינונג.

אין „מאַיאָרשאַ" אָבער האָט גאַרעװוא מיר פֿאָלשטענדיג צופֿרידענגעשטעלט.

14
אַ פּלאַן זיך צו באַפֿרײַען פֿון דעם אינסטיטוט. — לאַטײַן. — דער פּלאַן פֿאַלט דורך.

אײַדער איך בין אָנגעקומען אין אינסטיטוט, האָט זיך די קאַריערע פֿון דעם אױיסגעשטודירטען אינסטיטוטשיק מיר פֿאָרגעשטעלט אין בלומען-פֿאַרבען. װוען איך בין דאָרטען אָפּגעװוען אַ פֿאָר יאָהר, האָב איך אױיף מײַן צוקונפֿט גענומען קוקען דורך גאַנץ אַנדערע ברילען.

382„אַ גליק! זײַן אַ לעהרער דעם גאַנצען לעבען!..." פֿלעג איך זאָגען, ריידענדיג מיט מײַן מוטער.

מיט'ן זאָגען אַלײן האָב איך זיך אָבער ניט באַנוגענט. איך האָב זיך באַשלאָסען אױיף אַ װויכטיגען שריט: זיך באַפֿרײַען פֿון אינסטיטוט, אַרײַנגעהן אין גימנאַזיע און פֿון דאָרטען אין אוניװוערזיטעט, װוארים — װוי שױין געזאָגט — מיט אַן אַטעסטאַט פֿון אינסטיטוט האָט מען אין אוניװוערזיטעט ניט צוגענומען. אַרױיסגעהן פֿון אינסטיטוט איז אָבער ניט געװוען לײַכט. בײַם אַנקומען אין אינסטיטוט קלאַס פֿלעגט מען בײַ יעדען שילער נעמען אַן אונטערשריפֿט, אַז נאָך'ן ענדיגען װועט ער אָפּדינען אַכט יאָהר אַלס לעהרער אין אַ רעגירונגס-שוהל. אַלזאָ, האָט מען קיינעם ניט ערלױיבט אַרױיסצוטרעטען, סיידען ער האָט באַצאָהלט פֿאַר די קעסט און די קליידער, װואָס מען האָט איהם געגעבען. און װוען ער האָט זיך אָבער זעהר געלערענט און ער איז דורכגעפֿאַלען צװוייי מאָל בײַ די עקזאַמענס, און אונטער געװוויסע אומשטענדן זאָגאַר אײַן מאָל, האָט דער דירעקטאָר אַלײן איהם אױיסגעשלאָסען. אַלזאָ, האָב איך זיך באַשלאָסען צו מאַכען, אַז מען זאָל מיר אױיסשליסען.

דער געדאַנק האָט אָנגענומען די פֿאַרמע פֿון אַ פֿאַרטיגען פּלאַן אין אָנפֿאַנג פֿון מײַן דריטען יאָהר. אױיב איך האָב קײן טעות ניט, איז דאָס געװוען אין די דרײַ טעג, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין קאַרצער. דער פּלאַן איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדעס: גלײַך אָנהױיבען צו לערנען לאַטײַן און זיך צוגרייטען צום זעקסטען אָדער זיבעטען קלאַס גימנאַזיע; די „אוראָקען" פֿאַרלױיפֿיג צו לערנען, כדי דער דירעקטאָר זאָל ניט חושד זײַן, אַז איך פֿאַרנאַכלעסיג אומישנע מײַן לערנען. און װוען עס װועט קומען צו אונזערע אינסטיטוטסקע עקזאַמענס, זאָל איך דורכפֿאַלען און זעהן צו מאַכען מען זאָל מיר אינגאַנצען אױיסשליסען.

די הױיפּט-זאַך, װואָס מיר האָט געפֿעהלט, זײַנען געװוען די צװוייי קלאַסישע שפּראַכען — לאַטײַן און גריכיש. האָב איך גלײַך אָנגעהױיבען צו לערנען לאַטײַן. איך האָב געקױיפֿט קיונער'ם לאַטײַנישע גראַמאַטיק, און אָנגעהױיבען צו אַרבייטען, שױין גאָר ניט װוי אַ פֿױילער. געװועהנליך פֿלעג איך אױיפֿשטעהן זיבען אוהר.

383איצט האָב איך אָנגעהױיבען אױיפֿצושטעהן פֿינף אָדער זאָגאַר פֿיער אוהר. עס איז געװוען װוינטער, און אױיפֿ'ן הױיף פֿלעגט נאָך זײַן שטאָק-פֿינסטער. אױיפֿ'ן קאָרידאָר פֿלעגען אַ פֿאָר פֿון די דינער דאַן פּוצען די פֿאָדלאָגע, און עס פֿלעגט ברענען אַ לעמפּעל. עס איז געװוען טונקעל. איך פֿלעג געהן הין און צוריק פֿון אײַן עק קאָרידאָר ביז'ן אַנדערען, — געהן און „זוברעװוען" אױיף אױיסװוייניג לאַטײַנישע װוערטער און זייער באַדײַטונג, אױיסנעהמען פֿון געװוויסע גראַמאַטיקאַלישע כללים, א. ז. װו. די אױיסנעהמען זײַנען געװוען אױיסגעשטעלט אין גראַמען, כדי עס זאָל זײַן לײַכטער זײי אײַנצולערנען. און איך האָב זײי „געזוברעװועט" מיט גרױיס אַפֿעקט, פּונקט װוי אַמאָל, אײַדער איך בין אָנגעקומען אין אינסטיטוט, האָב איך „געזוברעװועט" די נעמען פֿון אינזלען אָדער דער טײַכען. װוען איך פֿלעג פֿאַרגעסען אַ װוארט, פֿלעג איך צוגעהן צום לעמפּעל, אַרײַנקוקען אין בוך און זיך װוידער אַװועקקלאָזען הין און צוריק און „זוברעװוען".

ביעליקאָװו האָט אױיך זיך געפֿערטיגט צו גימנאַזיע. איך האָב געזאָגט זײַן מוטער, אַז האַבענדיג אזעלכע פֿעהיגקייטען, האָט ער זיך ניט בעדאַרפֿט צופֿרידענשטעלען מיט אַ לעהרער-קאַריערע, און אַזױ װוי זי האָט געהאַט אונטערנעהמונגס-גײַסט, איז דער געדאַנק איהר געפֿעלען געװואָרען, און זי האָט איהר זוהן צוגעגעבען חשק זיך צו נעמען צו מײַן פּלאַן. אַלזאָ, פֿלעגט ער אױיך אױיפֿשטעהן פֿאַרטאָגס לערנען לאַטײַן.

זעהר אָפֿט פֿלעגט אונזער „זיידע", טראַצקי, אױיך אױיפֿשטעהן פֿריה, הגם קײן לאַטײַן האָט ער ניט געלערענט. מיט די אוראָקען האָט ער אין יענע שטונדען אױיך זיך ניט באַשעפֿטיגט. ער פֿלעגט סתם אַרומגעהן איבער'ן קאָרידאָר, געהן הארט בײַ דער װואַנט און שװוייגען (אױיף דעם פֿלעגען מיר אַנװוייזען װוי אױיף אַ באַשטעטיגונג, אַז ער איז אַ זיידע. „אַן אַלטען מאַן שלאָפֿט זיך ניט", פֿלעגען מיר זאָגען מיט געלעכטער).

שבת, װוען איך בין געגאַנגען „אין שטאָדט", פֿלעג איך זיך זעהן מיט באַקאַנטע גימנאַזיסטען, און זײי פֿלעגען מיר פֿאַרהערען אין לאַטײַן, און צוהעלפֿען דאָ װואו איך האָב זיך אין הילף גענויטיגט.

384אַ גימנאַזיסט פֿון פֿינפֿטען קלאַס, מיט'ן נאָמען קראַמניק, פֿלעגט מיט מיר פֿאַרברענגען דרײַי-פֿיער שעה יעדען שבת, און שפּעטער איז מיר באַהילפֿיג געװוען אַ גימנאַזיסט מיט'ן נאָמען מײלאכזאָן, פֿון אַכטען קלאַס, דער זוהן פֿון אַ זייגער-מײַסטער. מיר פֿלעגען געהן שפּאַצירען צוזאַמען, און שפּאַצירענדיג פֿלעגט ער מיך פֿאַרהערען אין סינטאַקסיס. דער לאַטײַנישער סינטאַקסיס איז פֿול מיט שאַרפֿזיניגע שכל'ען, און דאָס האָב איך ליב געהאַט. אַלס איבונג אין סינטאַקסיס פֿלעגט מײלאכזאָן מיר געבען רוסישע זאַצען איבערצוזעצען אױיף לאַטײַן.

איך האָב געקױיפֿט קעסלער'ם „לאַטײַנישען סינטאַקסיס" און קרעמער'ם לאַטײַנישען גראַמאַטיק, און די רוימישע שריפֿטשטעלער צעזער און סאַלוסט, און איך האָב אױיף זײי פֿאַרבראַכט יעדע מינוט װואָס איך האָב געקאָנט אָפּרײַסען. די שכל'דרינגע טײַטלען פֿון דער גראַמאַטיק זײַנען מיר געװוען זעהר אינטערעסאַנט, און איך פֿלעג זײי לערנען מיט באַזונדערע התמדה. איך פֿלעג קוים דערלעבען דעם שבת, אום צו זעהן זיך מיט מײלאכזאָן'ען, און צו מאַכען דעם װועכענטליכען שפּאַציר מיט איהם.

עס איז געקומען צו די עקזאַמענס. אַלע האָבען גאַנצענע טעג און אָװוענדען געלערענט די אוראָקען װואָס מען האָט דורכגעהאַט דעם גאַנצען יאָהר. איך אָבער און ביעליקאָװו האָבען נאָר געלערענט לאַטײַן.

איך האָב געמאַכט שנעלע פֿאָרטשריטים. איך האָב זיך געפֿיהלט גליקליך און בין געװוען אָנגענעהם אױיפֿגערעגט. באַלד װועלען פֿאָרקומען די עקזאַמענס און בײַ מיר גאָר ניט קײן געװועהנליכע אױיפֿרעגונג. באַלד װועלען אױיסרופֿען מײַן נאָמען. איך װועל אַרױיסציהען אַ „בילעט" און שטעהן װוי אַ שטומער. װואָס װועט זײַן? — װוי װועט דער דירעקטאָר זיך פֿאַרהאַלטען? עס איז געװוען אַזױי זיס זיך פֿאָרצושטעלען װוי איך װועל באַפֿרײַט װוערען און װוערען אַ גימנאַזיסט...

פֿלוצלונג, אין אַ פֿריהמאָרגען, קומט צו מיר אין אינסטיטוט מײַן פֿאָטער, און אַן אונרוהיגער, אַ נערװוועזער, זאָגט ער מיר אָן, אַז איך שטעה צום פּריזיװו (צו מיליטער-דינסט).

385איך בין דאַן געװוען מיט אַ פֿאָר מאָנאַט װוייניגער װוי צװואַנציג יאָהר, און צום פּריזיװו פֿלעגט מען זיך שטעלען צו 21, אָבער דאָס פֿלעגט זײַן אין נאָװועמבער, און אין נאָװועמבער װואָלט איך זיך שױין גערעכענט פֿאַר אַן אײַן-און-צװואַנציג יאָהריגען. דאָס האָב איך אױיך אין מײַנע רעכענונגען פֿאַרזעהן.

דאָס איז געװוען אַן אונגעהײַער ערנסטע נײַעס. אַלס שילער פֿון אינסטיטוט און דערנאָך אַלס לעהרער פֿון אַ רעגירונגס-שוהל װואָלט איך פֿון מיליטער-דינסט געװוען פֿרײַ. אױיב אָבער איך װועל אַרױיס פֿון אינסטיטוט, װועל איך זיך מוזען שטעלען צום פּריזיװו*.

* אַזױי, דאַכט זיך, איז געװוען דער חשבון. אױיף געװויס געדענק איך ניט. דער פּונקט איז מיר איבערהױיפּט ניט קלאָהר. איצט קומט מיר אױיס קשה דאָס פֿאָלגענדע, צום בײַשפּיעל : פֿאַרװואָס האָב איך די פּריזיװו-פֿראַגע פֿריהער ניט גענומען אין אָנבעטראַכט ? װוי אַזױי האָב איך געקענט ערװוארטען, אַז דאָס זאָל מיר ניט שטערען צו מײַן פּלאַן ?

— שפּיל זיך ניט מיט פֿײַער, מײַן זוהן! — האָט מײַן פֿאָטער געזאָגט צו מיר.

דער רעזולטאַט איז געװוען, אַז איך האָב די לאַטײַנישע ביכער אַװועקגעלייגט אָן אַ זײַט און האָב זיך גענומען גרייטען צו די אינסטיטוטסקע עקזאַמענס.

איך האָב זײי אױיסגעהאַלטען. דערנאָך האָב איך זיך װוידער גענומען פֿאַר סאַלוסט'ן, צעזאַר'ן און קעסלער'ס „סינטאַקסיס". איך האָב געטרױימט װוי עס איז בײַצוקומען די שװועריגקייטען און דאָך אַרײַנצוקומען אין אוניװוערזיטעט. אָבער קײן פֿעסטען גלױיבען אין דעם האָב איך שױין ניט געקענט האָבען. און דאַן האָט זיך אין מיר ענטװויקעלט אַ נײַער אינטערעס, װועלכער האָט אױיף מיר געהאַט אַ גרױיסע גײַסטיגע װוירקונג, און האָט מײַן אינטערעס אין לאַטײַן אינגאַנצען פֿאַרשלונגען.