בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

אַכטער קאַפּיטל

אַ גײַסטיגע איבערקערעניש

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 386–448), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 386 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
„קײן גאָט איז ניטאָ און קײן קײסר דאַרף מען ניט". — אַ געהיימע מאַכט.
1

386אין אָנהויב זומער 1880, װוען איך בין אַריבערגעגאַנגען פֿון דריטען קלאַס אין פֿערטען, האָב איך געמאַכט מײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער געהיימער ליטעראַטור. עס האָט זיך אַרױיסגעצײַגט, אַז צװוייי פֿון מײַנע פֿרײַנד געהערען צו דעם װוילנער אונטער-ערדישען „קרוזשאָק", און זײי האָבען מיר געגעבען סאָציאַליסטישע שריפֿטען — די ערשטע װואָס איך האָב װוען-עס-איז געלעזען. דערנאָך האָבען זײי מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַנדערע מיטגלידער, און מען האָט מיר אַרײַנגענומען אין דער רעװואָלוציאָנערער פֿאַמיליע. דאָס האָט אין מיר געמאַכט אַן איבערקערעניש, װועלכע האָט געהאַט אַן אײַנפֿלוס אױיף מײַן גאַנצען לעבען.

פֿריהער האָב איך װועגען דעם פֿרײַהייטס-קאַמף געהערט נאָר פֿון דרױיסען. די באַװועגונג איז פֿאַר מיר געװוען פֿאָרגעשטעלט מיט אַ געדיכטען װואָלקען פֿון געהיימניס.

פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט רוסלאַנד אױיפֿגערודערט װוערען פֿון גװואַלדינע נײַעס. דאַן האָט מען געשאָסען אױיף דעם שטאָדט-נאַטשאַלניק פֿון פּעטערסבורג, דאַ האָט מען אין מיטען גאַס דערשטאָכען דעם הױיפּט-גענעראַל פֿון די זשאַנדאַרען, דאַ האָט מען געשטאָכען אַ זשאַנדאַרמס-אָפֿיציר. דערנאָך האָט זיך די גע387הײַמע האַנט גענומען צום קײסר אַלײן, צו אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען.

אין אַפּריל פֿון דעם פֿאַריגען יאָהר האָט אַ שוהל-לעהרער מיט'ן נאָמען סאָלאָװויעװו געשאָסען אױיף איהם. ער האָט איהם ניט געטראָפֿען. אָבער דאָס איז נאָר געװוען אַן אָנהויב. די רעװואָלוציאָנערען האָבען גענומען מאַכען זײיערע אַטאַקעס מיט דינאַמיט. זײי האָבען געמינעװוועט פּלעצער, איבער װועלכע דער קײסר האָט געדאַרפֿט פֿאָהרען. לעבען מאָסקװוא איז פֿאָרגעקומען אַן עקספּלאָזיאָן, װועלכע האָט צוריסען עטליכע װואַגאָנעם פֿון אַ קײַזערליכען צוג (צוליב פֿאָרזיכטיגקייט איז אַלעקסאַנדער ניט אױיף דעם צוג װועלכער איז אָנאָנסירט געװוארען, נאָר אױיף אַן אַנדערען, און דורך דעם האָט ער זיך גערעטעט). דאָס איז געװוען אין 1879. אין פֿעברואַר פֿון 1880, איז די װועלט אױיפֿגעשטורעמט געװואָרען מיט אַ גרעסערע סענסאַציע: אַ רעװואָלוציאָנער האָט אַרײַנגעדרונגען אין דעם קײסר'ס פּאַלאַץ גופֿא און דאָרטען האָט ער מיט דינאַמיט אױיפֿגעריסען די פֿאָדערלאַנגע פֿון דעם קײַזערליכען עס-צימער. (דיזען מאָל איז דער צאַר גערעטעט געװואָרען דורך אַ צופֿאַל: גראָד איז ער אין דעם עס-זאַל אַרײַנגעקומען מיט צעהן מינוט שפּעטער װוי געװועהנליך).

אַ פּרואוװוע צו שיסען דעמזעלבען קײסר איז געמאַכט געװואָרען נאָך מיט דרײַצעהן יאָהר פֿריהער (פֿון אַ סטודענט מיט'ן נאָמען קאַראַקאָזאָװו). אָבער דענסמאָל האָט זיך דאָס מיט דעם גענענדיגט. אונגענעהפֿער צװועלף יאָהר זײַנען אַװועק אָהן אַטאַקעס.

די געהיימע באַװועגונג האָט זיך ניט אױיפֿגעהערט. אָבער אַ היבשע צײַט האָבען די רעװואָלוציאָנערען זיך באַגונגען מיט פֿרידליכע פּראָפּאַגאַנדאַ-מיטלען. דערנאָך האָבען זײי זיך אָבער גענומען צו װואָפֿען און דינאַמיט.

יעדער נײַער טעראָריסטישער טהאַט פֿלעגט אין די צײַטונגען געמעלדעט װוערען נאָר מיט אַ פֿאָר קורצע װוערטער. דרוקען אײַנצעלהייטען װועגען אזעלכע זאַכען האָט די צענזור ניט ערלױיבט. אָבער די קורצע מעלדונגען זײַנען גענוג געװוען צו לאָזען דעם עולם װויסען אַז עס עקזיסטירט אַ געהיימע קראַפֿט, װועלכע פֿיהרט אָן אַ העלדישען קאַמף געגען דעם טראָן. און 388דערפֿאַר גופֿא, װואָס רײידען װועגען דיזער קראַפֿט האָט מען ניט געטאָרט, האָט מען זיך צו איהר פֿאָרגעשטעלט נאָך פֿיעל גרעסער און מעכטיגער װוי זי איז דאַן געװוען אין דער װוירקליכקייט. און בשתיקה האָט מען איהר באַװואונדערט און געװואונשען ערפֿאָלג.

אַז אין װוילנא גופֿא איז פֿאַראַן אַ געהיימע אָרגאַניזאַציע, האָבען די שטאָדט-לײיט אין אַלגעמיין אױיך געװואוסט. נאָך מיט עטליכע יאָהר פֿריהער, אין אַ חול-המועד פּסח, האָט געקאָכט מיט דעם אַרעסט פֿון אַ גרופּע אידישע רעװואָלוציאָנערען. אײַנער פֿון די אַרעסטירטע איז געװוען דעם שטאָדט-חזן'ס זוהן, אַ קריפּעל. איך געדענק װוי מײַן מוטער האָט דערצעהלט װועגען דעם.

— בײַ דעם הױיקער אין קופּערטעל האָט מען געפֿונען אַ לעבעל ברױיט (אום פּסח) מיט אַ ביכעלע, און אין ביכעלע שטעהט: „באָגאַ ניעטו אי צאַר ניע נאַדאַ" — „קײן גאָט איז ניטאָ און קײן קײסר דאַרף מען ניט" (די רוסיש איז ניט קײן ריכטיגע).

איך בין נאָך דאַן געװוען אַ גאַנץ יונגער אײַנגעל.

„קײן גאָט איז ניטאָ און קײן קײסר דאַרף מען ניט"...

די ערשטע העלפֿט פֿון דער פֿראַזע האָט מיר ניט איבעראַשט, װוארים איך האָב שױין דאַן געהאַלטען נאַהענט צו אַפּיקורסות. אױיף דער צװוייטער העלפֿט אָבער האָב איך זיך געװואונדערט: װוי קען מען דאָס אױיסקומען אָהן אַ קײסר?

יעדענפֿאַלס האָבען זיך די װוערטער אײַנגעגעסען אין מײַן מוח. און װוען איך בין שױין געװוען אין אינסטיטוט, פֿלעג איך זיך אָן זײי דערמאַנען יעדעס מאָל װוען מען פֿלעגט זיך שושקענען װועגען דער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג. די דאָזיגע פֿראַזע האָט פֿאַר מיר ענטהאַלטען דעם עיקר פֿון דעם רעװואָלוציאָנערען געדאַנק. אָבער װוי קען מען פֿאָרט אױיסקומען אָהן אַ קײסר?...

שפּעטער האָט מען געהערט װועגען אַ װוילנער יונגען מאַן מיט'ן נאָמען אַהרן זונדעלעװויטש, אַז ער איז אײַנער פֿון די גרעסטע רעװואָלוציאָנערען. זײַן פֿאָטער האָט געהאַלטען אַ 389געשעפֿט אין רעכטען מיטען שטאָדט, און די פֿאַמיליע איז געװוען גוט באַקאַנט. װועגען זײַן זוהן האָבען זיך אַרומגעטראָגען לעגענדען. מען האָט, צום בײַשפּיל, געזאָגט:

— בײַ זײי (דאָס הײיסט, בײַ די רעװואָלוציאָנערען) זײַנען אױיך פֿאַראַן װועקטער און געהיים-פּאָליציי. און װוען זונדעלעװויטש געהט אױיפֿ'ן גאַס, געהען הינטער איהם אָנדערע פֿון זײַער חברה, איהם צו היטען פֿון שפּיאָנען.

װוען איך האָב זיך געפֿערטיגט צום אינסטיטוט, בין איך באַקאַנט געװואָרען מיט זונדעלעװויטש'ס אינגסטען ברודער, לעאָן. איך האָב זיך אָבער מיט איהם געזעהן זעלטען און װועגען זײַן ברודער האָבען מיר אין יענע יאָהרען קײינמאָל ניט גערעדט.

די געהיימע באַװועגונג האָט מיר װויניג אינטערעסירט.

דער לעזער האָט געזעהן װוי איך פֿלעג זיך אין אינסטיטוט פֿיהלען פֿאַרשקלאַפֿט און נידערגעשלאָגען. דיזער געפֿיהל פֿלעגט מיך צײַטװוײַליגװוייז פֿיהרען צו געדאַנקען װועגען דעם דעספּאַטישען כאַראַקטער פֿון דער רוסישער רעגירונג. אָבער אזעלכע געדאַנקען זײַנען בײַ אידען איבערהױיפֿט קײן נײַעס ניט געװוען. אַלע האָבען זײי אױיף דער רעגירונג געקוקט װוי אױיף אַ ברוטאַלע גרױיזאַמע מאַכט.

עס זײַנען געקומען די דרײַ מעת-לעת'ן קאַרצער. אַרומגעהענדיג הין-און-צוריק אין מײַן תפֿיסה, האָב איך פֿיעל געטראַכט. אין אַלגעמיין, אָהן אײַנצעלהייטען, געדענק איך אײַנעם פֿון מײַנע דאַמאָלסדיגע רעיונות: מען האָט מיך פֿאַרשפּאַרט דערפֿאַר, װואָס איך האָב דאַדיסקינ'ען געזאָגט דעם אמת. פֿאַר'ן אמת מוטשעט מען די רעװואָלוציאָנערען. מען האַלט זײי אין סיביר און מען הענגט זײי דערפֿאַר װואָס זײי האָבען דעם מוט צו זאָגען דעם אמת װועגען דער דעספּאַטישער רעגירונג... דאָס געדענק איך. זאָגען אָבער, אַז איך האָב אין יענע דרײַ טעג גענומען פֿיהלען אַ דײַטליכען אינטערעס אין די אָרגאַניזירטע פֿרייהייטס-קעמפֿער, קען איך ניט.

יענעם װוינטער האָט מען עס אױיפֿגעריסען דעם צאַר'ס עס-זאַל. איך געדענק װוי איך בין ערשטוינט געװואָרען פֿון די 390נײַעס און װוי איך האָב באַװואונדערט די רעװואָלוציאָנערען װואָס האָבען אָפּגעמאַכט דיזע „שטיקעל אַרבײַט". איך האָב געבעטען גאָט, אַז מען זאָל זײי ניט כאַפּען. דאָס איז אָבער געװוען די באַװואונדערונג און סימפּאַטיע פֿון אַ זײַטיגען מענשען.

2
אױיף די זומער פֿלעצער. — אַ געהיימניספֿולע גרופּע. — מײַן שילער האַלפּערין. — שואל באַדאַנעס. — געהיימע צײַטונגען.

בײַ די רעלסען פֿון דעם אײַזענבאַהן, ניט װוייט פֿון „זשעליעזנאַיאַ ראָטהאַ", פֿלעג איך זעהן עטליכע יונגע לײַט און אַ פֿאַר „באַרישניעס", װועלכע איך האָב חושד געװוען אַז זײי געהערען צו אַן אונטערערדישער גרופּע. עס איז געװוען מעהר װוי אַ חשד. איך בין געװוען זיכער אין דעם...

זײי זײַנען געװוען געקלײידעט װוי אַלע; זײי האָבען גערעדט װוי אַלע; געזופּט זויער-מילך בײַ דער „דריטער קאַסאַרקע", װוי אַלע. אָבער אַ געװויסער מאַניער, אַ געװויסער אױיסדרוק אױיפֿ'ן פּנים, און דער ספּעציעל-אינטימער שטײיגער װוי זײי האָבען זיך געהאַלטען אײַנער מיט'ן אַנדערען — דאָס אַלע האָט עדות געזאָגט אַז זײי געהערען צו אַן אַנדער עולם.

צװוישען זײי זײַנען געװוען אַ פֿאַר געװוויזענע גימנאַזיסטען, אַ צװויי-דרײַ יונגע לײַט, װואָס זײַנען נאָך דאַן געװוען אין גימנאַזיע, אַ פֿאַר רעאַליסטען און אַ פֿאַר גימנאַזיסטקעס. דיזע זײַנען געװוען אידישע קינדער. אין זײיער קאָמפּאַניע האָט זיך אָבער אימער געפֿונען אַ קריסטליכער יונגערמאַן — זעהר אַ שעהנער, בלאָנדער יונג, װועלכער האָט געטראָגען די פֿאָרמע (יוניפֿאָרם) פֿון דער אײַזענבאַהן שול, װואָס מען האָט יענעם יאָהר געעפֿענט אין װוילנא: אַ שװואַרצע בלוזע מיט אַ גרױיסער ניקעלנער ספּראַנזשקע אױיף אַ ברײַטען לעדערנעם גאָרטעל, און אַן עהנליכע ספּראַנזשקע אױיפֿ'ן היטעל.

די דאָזיגע גרופּע פֿלעג איך זעהן כמעט יעדען נאָכמיטאָג אָדער אָװוענד, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אױיף די זומער391פֿלעצער. װוער עס זײַנען די אידישע יונגע לײַט, האָב איך געװואוסט. איך האָב געװואוסט זײיערע נעמען און װוער זײיערע עלטערען זײַנען. באַקאַנט אָבער בין איך מיט זײי ניט געװוען. און דער קריסט איז מיר געװוען אינגאַנצען פֿרעמד.

איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען די פֿאַרבאָרגענע װועלט, אין װועלכער זײי באַװועגען זיך; און זײי אַלײן זײַנען מיר פֿאָרגעקומען אַלס געהיימניספֿולע, אונגעװוועהנליכע באַשעפּענישען. מײַן אײַנגעבילדונגס-קראַפֿט האָט זײי אַרומגערינגעלט מיט אַ לעבען פֿון סודות, געפֿאַהר און מוט. זײי האָבען גערײיצט מײַן נײַגעריגקײט.

איך האָב אױיבען באַמערקט, אַז איך האָב געפֿיהלט אײַפֿערזוכט צו יעדער אינטעליגענטער קאָמפּאַניע, מיט װועלכער איך האָב ניט געהאַט קײן באַקאַנטשאַפֿט. מיר האָט זיך גערוכט, אַז איך בין אױיסגעשלאָסען. דאָס איז אָבער אַלץ געװוען אַ געזעלשאַפֿטליכע און ראָמאַנטישע בענקשאַפֿט. גאַנץ אַנדערש איז געװוען מײַן געפֿיהל צו דיזער גרופּע. אױיף די „באַרישניעס", מיט װועלכע די געהיימניספֿולע יונגע לײַט האָבען אַרומגעשפּאַצירט, האָב איך געקוקט גאָר מיט אַנדערע אױיגען. איך האָב זײי באַטראַכט אַלס מײידלעך פֿון אַ העכערען טיפּ. זײיער פֿרעמדקײט האָט אין מיר קײן אײַפֿערזוכט ניט געשאַפֿען. זײי האָבען געהערט גאָר צו אַן אַנדער װועלט.

דורך דיזער גרופּע האָט מײַן נײַגעריגקײט װועגען דער װואונדערליכער באַװועגונג באַקומען אַ ממשות'דיגע פֿאָרמע, און דורך דעם איז זי געװואָרען פֿיל גרעסער װוי פֿריהער.

אײַנמאָל האָב איך באַזוכט מײַן געװוויזענעם תלמיד, האַלפּערין, — אָט דעם װואָס האָט פֿאַר מיר איבערגעשריבען װואָהל'ס „זאַפּיסקעס" פֿון אידישע געשיכטע. ער האָט בײַ מיר קײן אוראָקען שױין מעהר ניט גענומען. ער איז איצט גענאַנגען אין דער אײַזענבאַהן-שוהל, צו װועלכער עס האָט געהערט דער שעהנער בלאָנדער קריסט, װואָס פֿלעג איך זעהן צװוישען די רעלסען, און ער האָט געטראָגען דיזעלבע קליידער מיט דיזעלבע גרױיסע ספּראַנזשקעס.

392איך האָב גלײַך באַמערקט אַן ענדערונג אין איהם. ער האָט זיך געהאַלטען װוי אײַנער װואָס האָט אַ װויכטיגען סעקרעט. ער איז געװוען קלײין-געװואקסען, אָבער זײַן ניט-גרױיסער קערפּער איז געװוען שטאַרק געבױט און זײַנע פֿלײישעם זײַנען געװוען קרעפֿטיגע. ער איז געװוען זעהר קורצזיכטיג. און װוען ער פֿלעגט אױיף מיר קוקען מיט זײַנע פֿאַרשמורעטע אױיגען, פֿלעגט זײַן געזיכט מיר געבען אַ ספּעציעל ליב.

ער איז ניט געװוען קײן װוילנער, און ער האָט גערעדט מיט אַ „ניט היגע" אױיסשפּראַך — מיט שװוערע, זעהר האַרטע „ריש'ען". און ער פֿלעגט װוערען באַגײיסטערט, פֿלעגען די װוערטער זיך אַרױיסקײַקלען פֿון זײַן מױל אַזױי װוי שװוערע אומגעלומפּערטע רעדער. אָבער אַלע װואָס ער האָט געזאָגט, איז בײַ איהם געגאַנגען פֿון האַרצען. און אַ האַרץ האָט ער געהאַט אַ רײַנע און אַ װוארימע.

דיזען מאָל איז ער געװוען צוריקגעהאַלטען, און איך בין צוזאַמענגעגאַנגען מיט אַן אונגאַנגענאַהמען געפֿיהל. װואָס איז מיט איהם געװואָרען? איז ער אין כעס אױיף מיר? פֿאַרװואָס? פֿאַר װוען?

אַ פֿאַר טעג שפּעטער האָט ער מיך באַזוכט בײַ מײַנע עלטערען, אױיף פֿלאָטשטשאַדקאַ. זײַן קאַלטע באַגעגעניש מיט מיר האָט איהם ניט געלאָזען צו-רוהע. אַלזאָ, איז ער געקומען דאָס פֿאַרגלעטעט. ער האָט מיר אױיסגעזאָגט זײַן סעקרעט: ער לעזט געהיימע ליטעראַטור; ער איז באַקאַנט מיט מענשען פֿון דער רעװואָלוציאָנערער װועלט; זײי זײַנען מערקװוירדינע מענשען! אזעלכע, װואָס ער האָט נאָך קײנמאָל ניט געזעהן. ער פֿיהלט זיך װוי אַ נײַגעבאָרענער. אַלזאָ, װויל ער מיך אױיך באַקעהרען.

ער איז אומגענאַנגען הין-און-צוריק, געזשומערט זײַנע קורצזיכטיגע אױיגען און גערעדט. אַ גאַנצע אינסטיטוציאָנס-רעדע האָט ער פֿאַר מיר געהאַלטען. אָבער זײַנע ערקלעהרונגען זײַנען ניט געװוען קײן נעראַטענע. יעדענפֿאַלס, האָבען זײי אױיף מיר װויניג געװוירקט. אַ פֿיעל שטאַרקערען אײַנדרוק האָט געמאַכט דאָס, װואָס ער האָט מיר דערצעהלט װועגען די פֿערזענליכע 393באַציהונגען צװוישען די רעװואָלוציאָנערען. זײי לעבען אַבסאָלוט װוי ברודער!

ער האָט מיר געגעבען אַ געהיימע בראָשורקע (לײידער געדענק איך נאָר ניט, ניט איהר אינהאַלט, ניט איהר נאָמען), און אַלס אַן אַגיטאַציאָנס-מיטעל האָט זי אַרױיסגעװוויזען מעהר קראַפֿט װוי אַלץ װואָס איך האָב געהערט פֿון האַלפּערין'ס מױל. זי האָט מיך באַזיגט נאָך אײַדער איך האָב איהר אױיסגעעפֿענט.

אַ פֿאַרבאַטענע זאַך! די אַרױיסגעבער זײַנען אָט יענע מענשען, װואָס האָבען אױיפֿגעריסען דעם קײסר'ס צוג און זײַן עס-צימער! אָט יענע, װואָס לעבען צװוישען זיך װוי ברידער און זײַנען נעגרײיט צו געהן אױיף דער תליה פֿאַר פֿרײיהייט און נערעכטיגקײט! דער באַװואוסטזײַן דערפֿון האָט געהאַט אַן אונבאַשרײיבליכע װוירקונג אױיף מיר; און די געפֿאַהר פֿון לעזען אַזאַ שטאַף, האָט דעם ביכעל'ס מאַגנעטישען כח פֿאַרגרעסערט.

איך האָב דעם ביכעלע גענומען אין האַנט, װוי מען נעמט אַ הײַליגטום. איך װועל קײנמאָל ניט פֿאַרגעסען דעם מאָמענט. איך האָב געפֿיהלט, אַז איך געה אַריבער אַ לעבענס-גרענעץ; אַז ביז היינט בין איך געװוען אײַן סאָרט מענש, און איצט װוער איך גאָר אַנדערער.

איך האָב די בראָשורקע געלעזען, צו צװויי-דרײַ מאָל אַ זאַץ. איך האָב געזוכט אַ פֿאַרבאַרגענעם פּשט, דאָרטען װואו עס איז קײן פֿאַרבאַרגענער פּשט ניט געװוען. זי האָט מיר ניט צופֿרידען-געשטעלט. איך האָב אָבער באַשולדיגט זיך אַלײן. איך בין געװוען פֿול מיט קשיות.

האַלפּערין האָט מיר געזאָגט, אַז דער שעהנער, בלאָנדער „שײיגעץ", װואָס שפּאַצירט מיט אידישע גימנאַזיסטען און גימנאַזיסטקעס צװוישען די רעלסען, הײיסט אַנטאָן גנאַטאָװוסקי, און אַז ער חבר'ט זיך מיט איהם. ער האָט מיר אױיך פֿאָרטרױיט, אַז מײַנער אַ צװוייטער חבר, דער אױיבען-דערמאַנטער שואל באַדאַנעס, האָט אױיך באַקאַנטשאַפֿטען מיט רעװואָלוציאָנערען.

איך האָב זיך געטראָפֿען מיט באַדאַנעס'ן און איך בין איבעראַרשט געװואָרען פֿון זײַן באַלעזענהייט. אַ יאָהר צײַט 394איז ער געװוען אַ שילער אין אונזער אינסטיטוט. ער איז אָבער אַרױיסגעטראַטען. דאָס איז געװוען מיט אַ פֿאַר יאָהר צוריק. זינדט דאַן האָב איך איהם װויניג געזעהען. און פֿאַר דיזער צײַט, אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון די סאָציאַליסטען, האָט ער געמאַכט גרױיסע פֿאָרטשריט אין זײַן גײיסטיגער ענטװויקלונג. ער איז ניט געװוען אַזאַ פֿײַערדיגער װוי האַלפּערין. ער איז אָבער געװוען אַזאַ אמת'דיגער און גוטער װוי ער, און מיט זײַן רוהיגע פֿרײַנדליכקײט און רוהיג-ערנסטער אידעאַליזם האָט ער צו מיר שטאַרק אַפּעלירט. מיר האָט זיך געדוכט אַזױי װוי בײַדע װואָלטען זײי געװוען נײַע באַקאַנטע מײַנע.

באַדאַנעס, האַלפּערין און איך האָבען זיך יענעם זומער געזעהען זעהר אָפֿט, און איך האָב זיך באַקומען פֿאַרשידענע אונטער-ערדישע שריפֿטען. צװוישען זײי איז געװוען אַ נומער פֿון דער רעװואָלוציאָנערער צײַטונג „זעמליאַ אי װואָליאַ" („ערד און פֿרײיהייט"). דאָס איז געװוען דער פֿריהערדינער אָרגאַן פֿון דער רעװואָלוציאָנערער פּאַרטיי. איצט איז די דאָזיגע פּאַרטיי געװוען צוטײילט אױיף צװויי פּאַרטייען, און יעדע פֿון זײי האָט אַרױיסגעגעבען אַ באַזונדערען אָרגאַן. די װויכטיגערע פֿון זײי — די טעראָריסטישע — האָט זיך גערופֿען „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ" — „דער װוילען* פֿון פֿאָלק" — און איהר צײַטונג האָט געטראָגען דעמזעלבען נאָמען. די צװוייטע פּאַרטיי, װועלכע איז געװוען אַנאַרכיסטיש געשטימט און איז געװוען געגען פּאָליטיק, האָט אַרױיסגעגעבען אַ צײַטונג מיט'ן נאָמען „טשאָרני פּערעדיעל" („די איבערטײילונג פֿון דעם לאַנד").

* דער װוארט „װואָליאַ" האָט צװוייי באַדײַטונגען : װוילען און פֿרײיהייט.

האַלפּערין און באַדאַנעס האָבען פֿאַר מיר געקראָגען אַלע נומערען פֿון „זעמליאַ אי װואָליאַ" (אײַנגאַנצען זײַנען אַרױיסגעגאַנגען דרײַ). אין אײַנעם פֿון זײי האָב איך געפֿונען אַ באַשרײיבונג װוי אַזױי עטליכע רעװואָלוציאָנערען און רעװואָלוציאָנערקעס זײַנען מיט פּיסטאָלעטען אין די הענט באַפֿאַלען זשאַנדאַרען, און װוען זײי האָבען געפֿיהרט אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן 395נאָמען װוױנאַראלסקי, אױיפֿ'ן װועג קײן סיביר. די מוטיגע, הגם ניט ערפֿאָלגרײַכע, אַטאַקע איז אין „זעמליאַ אי װואָליאַ" געװוען איבערגעגעבען מיט אײַנצעלהייטען. איך האָב די באַשרײיבונג געלעזען װוי אַ פֿאַרגאַפּטער.

3
װואָלאָדיאַ סאָקאָלאָװו און זײַן קװוארטיר. — גנאַטאָװוסקי. — שפּאַצירען. — אַ נײַע רעליגיע. — אַ רפֿואה צו מײַנע אױיגען. — די ברידער קאַספּע. — ראַבינאָװויטש.

באַדאַנעס האָט מיר געבראַכט נאָך אונטער-ערדישע שריפֿטען. די געהיימע זאַכען האָב איך געלעזען בײַ מײַנע עלטערען אין שטוב, אױיף פֿלאָטשטשאַדקאַ, אָדער אונטער'ן פֿרײַען הימעל. ניט װוייט פֿון פֿלאָטשטשאַדקאַ, אַנטקעגען װואָקזאַל, איז געװוען אַ לאָנקע מיט עטליכע בוימער. פֿלעג איך דאָרטען זיצען אָדער ליגען און לעזען.

באַדאַנעס האָט מיר געבראַכט די צװויי נומערען „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", װועלכע זײַנען ביז דאַן ערשינען, אײַניגע פּראָקלאַמאַציעס און אַ געבונדענעם נומער פֿון דעם רעװואָלוציאָנערען זשורנאַל „װופּעריאָד" („פֿאָרװוערטס"), װועלכער האָט זיך פֿריהער געדרוקט אין זשענעװוא, אָבער װועלכער האָט שױין מעהר ניט עקזיסטירט. אײַנע פֿון די זאַכען, װואָס דער בוך האָט אַנטהאַלטען, איז געװוען אַ געדיכט װועגען די „דרײַ קעניגע", װואָס טיראַנעװוען איבער דער װועלט: „קעניג האַרמאַט, קעניג קאַפּיטאַל און קעניג צלם". דער אַלגעמיינער געדאַנק איז שױין פֿאַר מיר ניט געװוען קײן נײַעס. דאָך, די פֿאָרמע אין װועלכער דער דיכטער האָט דאָס אױיסגעדריקט — די דרײַ טיראַנישע הערשער — האָט אין דער אידעע אַזױי װוי אַ נײַעם אינהאַלט אַרײַנגעגעבען.

איך האָב געגאַרט װוידער איבערצולעזען טשערנישעװוסקי'ס ראָמאַן „װואָס זאָל מען טאָן?". איצט איז מיר דעם בוך לײַכט געװוען צו קריגען. װועגען זײַן פֿאַרפֿאַסער האָב איך שױין געװואוסט אַ סך מעהרער װוי מיט פֿיער יאָהר צוריק, װוען איך 396האָב דאָס װוערק געלעזען אין דער נעגזלאַרניע. איך האָב געװואוסט, אַז טשערנישעװוסקי איז געװוען פֿאַרשיקט אין די װוייטסטע געגענדען פֿון סיביר; איך האָב געװואוסט, אַז אין זײַן צײַט איז ער געװוען דער גרעסטער קריטיקער און דערנאָך דער גרעסטער עקאָנאָמיסט, דענקער און פֿיהרער פֿון דעם פֿאָרטגעשריטענעם יונגען דור; און אַז אין זײַנע װוערק האָט ער געפּרעדיגט סאָציאַליסטישע אידעאַן.

אין שפּעטערע יאָהרען האָב איך זיך אַרומגעזעהען, אַז דער ראָמאַן „װואָס זאָל מען טאָן?" האָט ניט קײן ליטערארישען װוערט. דאַן אָבער, אין 1880, איז די פֿערזאָן פֿון זײַן פֿאַרפֿאַסער און יעדער װוערט, װואָס ער האָט געשריבען, געװוען הײַליג. זאָגען אַן אונגינסטיגען װוערט װועגען זײַנעם אַ װוערק װואָלט געװוען אַ „חלול השם". ער איז דער גרױיסער מאַרטירער, דער הױיך-געאַכטעטער און געליבטער לעהרער פֿון אַלע דענקענדע מענשען. אַלזאָ, האָבען די ראַדיקאַלע קריטיקער (און קײן אַנדערע זײַנען אין רוסלאַנד ניט געװוען) אין „װואָס זאָל מען טאָן?" געזעהן נאָר גרױיסע מעלות. אױיף ראַכמעטיעװו'ן, דעם העלד פֿון דעם ראָמאַן, װועלכער האָט געשלאָפֿען אױיף טשװואָקעס, כדי צו געװואוינען פֿאַרטראַגען יסורים, האָט מען געזאָגט, אַז מיט איהם האָט טשערנישעװוסקי געמיינט קאַראַקאָזאָװו'ען, דעם סטודענט, װואָס האָט אין 1866 געשאָסען אױיפֿ'ן קיסר. דער נאָמען ראַכמעטיעװו איז געװואָרען דער אױיסדרוק פֿון אַ שטאַרקען כאַראַקטער און פֿון רעװואָלוציאָנערער זעלבסט-אָפּפֿערונג.

קײנע אָפֿענע רײיד געגען דער רעגירונג ענטהאַלט דער ראָמאַן ניט, און אין אָנהױיב פֿון די 60-טע יאָהרען האָט די צענזור איהם ערלױיבט צו דרוקען, אין טשערנישעװוסקי'ס זשורנאַל „סאָװורעמענניק". שפּעטער אָבער, נאָכדעם װוי מען האָט דעם פֿאַרפֿאַסער אַרעסטירט, איז זײַן יעדער װוערט באַטראַכט געװואָרען אַלס געפֿעהרליכע ליטעראַטור. װועגען איבערדרוקען דעם ראָמאַן אַלס אַ בוך האָט שױין קײן רײיד ניט געקענט זײַן. פֿלעגט מען איהם אױיסרײיסען פֿון דעם „סאָװורעמענניק" און איהם לאָזען אײַנבינדערען. אין דיזער פֿאָרמע איז ער געגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט, ביז די שורות און די בלעטער זײַנען געװוען 397אַזױי צוריבען און צוריסען, אַז מען האָט זײי שױין מעהר ניט געקענט לעזען.

דערנאָך האָט מען דעם ראָמאַן אין בוך-פֿאָרם געדרוקט אין זשענעװוא און מען האָט איהם איבערגעשמוגעלט קײן רוסלאַנד. אײַנעם פֿון דיזע זשענעװוער עקזעמפּליאַרען האָב איך איצט באַקומען.

דיזען מאָל האָב איך אין איהם ענטדעקט געדאַנקען און אַנטוזיאַזמען, װועלכע איך האָב דעם ערשטען מאָל אין איהם ניט געפֿונען. איך מוז זיך אָבער מודה זײַן, אַז די טיפֿענישען, װואָס איך האָב אין איהם געזוכט, האָב איך איצט אױיך ניט געפֿונען. פֿילע שטעלען האָבען מיר ענטוישט. איך האָב ניט געזעהן פֿון װואָס מען װוערט דאָ נתפֿעל. דאַכט זיך, ער רעדט צופֿיל, צוציהט אַ גאַנצען געװועהנליכען געדאַנק אױיף עטליכע זײַטלעך.

פֿון די אַנדערע „טריפֿה" זאַכען, װואָס איך האָב געלעזען, האָב איך קײן ענטוישונג ניט געהאַט. אַלץ איז געװוען קלאָר און האָט מיך באַגײיסטערט אָהן אַ ברעג.

אַנטאָן גנאַטאָװוסקי, האַלפּערין'ס חבר פֿון דער אײַזענבאַהן-שוהל, האָט געװואוינט בײַ אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען װולאַדימיר סאָקאָלאָװו, אַ קריסט, װועמענס קװוארטיר איז געװוען אײַנער פֿון די צענטערס פֿון דער געהיימער באַװועגונג. אײַנמאָל, אין אַ זומערדינען נאָכמיטאָג, האָט מײַן געװוויזענער שילער מיך אַהין אױיסגעפֿיהרט און פֿאַרגעשטעלט.

סאָקאָלאָװו איז געװוען פֿיעל עלטער פֿאַר גנאַטאָװוסקי'ן. ער האָט געמוזט זײַן איבער דרײַסיג. מיט אַ געװויסער צײַט פֿריהער איז ער געװוען דער פּאָסטמײַסטער אין דער אױיעזדנער שטאָדט אָשמיענא, װוילנער גובערניע. איצט האָט ער זיך באַשעפֿטיגט מיט פּריװואָט לעהרערײַ. ער האָט צוגעגרײַט יונגע קריסטען צו דער „יונקערסקאַיע אוטשילישטשע" (אַ שול װואָס האָט צוגעגרײַט אָפֿיצירען).

ער איז געװוען ניט קײן הױיכער, אַ דאַרער, מיט אַ דונקעל-געלער געזיכט און מיט בלױיליכע ליפּען; מיט שװוארצע אױיגען און מיט װוייכע שװוארצע האָר, ניט זעהר קײן שעהנער, 398אָבער אַ סימפּאַטישער אױיפֿ'ן פּנים און אַ זעלטען-גוטער און ליבליכער אין זײַן כאַראַקטער. פֿון זײַנע פּריװואַטע אוראָקען האָט ער גוט פֿאַרדינט, אָבער זײַן יעדע קאָפּיקע פֿלעגט אַװועקגעהן אױיף די חברים.

זײַן דירה איז געװוען בײַ דעם אָנהױיב פֿון גנאַטאָװוסקי פּראָספּעקט, לעבען דער קאַטעדראל קירכע, בײַ צעהן מינוט גאַנג פֿון אינסטיטוט. מען איז אין איהר אַרײַנגעקומען איבער אַ פֿאַר טרעפּלעך, אין מיטען פֿון אַ קלײינעם הײיפֿעלע, אױיף װועלכען דאָס איז געװוען די אײַנציגינע דירה.

אַחוץ דעם באַלעבאָס און זײַן יונגען קעסטלינג, האָב איך דאָרטען געפֿונען צװויי אָפֿיצירען, אױיך פֿון דעם „קרוזשאָק". סאָקאָלאָװו האָט מיר פֿאַר זײי פֿאַרגעשטעלט. ער האָט מיר גלײַך גענומען „דוצען", און איך האָב צו איהם אױיך גענומען זאָגען „דו". לײיכט איז דאָס מיר אָבער ניט אָנגעקומען. װוי זאָגט מען דאָס „דו" אַ װוילד-פֿרעמדען מענשען, און נאָך אַ קריסט דערצו? און די זײַנען נאָך אָפֿיצירען דערבײַ!

מיט אַן אָפֿיצער האָב איך אױיף מײַן לעבען קײן װוארט ניט אױיסגערעדט, און קײן מאָל אין אײַן צימער זיך ניט געפֿונען. און דאָ בין איך ניט נאָר געזעסען בײַ אײַן טיש מיט אָפֿיצערען — טאַקע מיט אמת'ע, מיט שװוערדען מיט אַלע קליפּערלעך — נאָר זײי האָבען מיט מיר געשמוסעט װוי מיט אַן אײַנגענעם מענשען! װואָס פֿאַר אַ באַשטעטיגונג, אַז דאָ איז אַ װועלט פֿון גלײַכקײט און ברידערליכקײט! װועגען אזאַ זאַך װוי דאַ! און אַן אונטערשיעד צװוישען איד און קריסט קען דאָ שױין קײן רײיד ניט זײַן. עס האָט זיך מיר כמעט ניט געגלױיבט, אַז דאָס איז אױף דער װואָהר.

עס האָט מיר לאַנג ניט גענומען זיך צוצוגעװואוינען. אין עטליכע טעג צײַט האָב איך זיך געפֿיהלט בײַ סאָקאָלאָװו'ן אַבסאָלוט װוי בײַ מײַן מאַמען אין שטוב.

איך בין דאָרטען באַקאַנט געװואָרען מיט נאָך אָפֿיצערען, מיט אַ פֿאַר גימנאַזיסטען, מיט אַ פֿאַר עלטערע מענשען, מיט אַ פֿאַר דאַמען. מײַסטע פֿון די, װואָס איך האָב דאָ באַגעגענט, 399זײַנען געװוען קריסטען, און אַלע האָבען זײי זיך געהאַלטען אױיף דעם זעלבען חבר'שען שטײיגער.

סאָקאָלאָװו'ס ערשטער נאָמען איז געװוען װולאַדימיר. מען פֿלעגט איהם אָבער קײנמאָל ניט רופֿען װולאַדימיר, נאָר — מיט דער ליבלינגס-פֿאָרמע — „װואָלאָדיאַ", און אַנשטאָט „װואָלאָדיאַ" פֿלעגט מען איהם דאָס רוב רופֿען „װואָלאָדקאַ". דער „קאַ" איז עהנליך צו דעם ליטװויש-אידישען „קע", אין ברוך'קע, אָדער חיים'קע. ער קען אױיסדריקען פֿאַראַכטונג. ער קען אָבער אױיך אױיסדריקען אינטימע חבר'שאַפֿט. אין דער ניהיליסטישער שפּראַך האָט דיזער „קאַ" באַדיטעט, ערשטענס, חבר'שאַפֿט, און צװוייטענס, יענעם דעמאָקראַטישען גײיסט, װועלכער קוקט אױיף טיטלען און צערעמאָניעס מיט פֿאַראַכטונג.

אױיב עס איז מיר פֿון אָנפֿאַנג שװוער געװוען צו זאָגען סאָקאָלאָװו'ן „דו", איז מיר נאָך שװוערער געװוען איהם צו רופֿען „װואָלאָדקאַ". איך האָב איהם אָבער אַנדערש ניט גערופֿען.

סאָקאָלאָװו פֿלעגט מיר מיט מײַן ערשטען נאָמען ניט רופֿען. ער האָט מיר אָבער גערופֿען „קאַהאַנטשיק", און יעדערס מאָל װואָס ער פֿלעגט אױיסריידען דעם װוארט, בין איך געװוען אױיפֿ'ן זיבעטען הימעל.

סאָקאָלאָװו האָט אַלעמען געזאָגט „דו" און אַלע האָבען איהם געזאָגט „דו" און איהם גערופֿען „װואָלאָדקאַ". דאָס הײיסט אָבער ניט, אַז אַלע מיטגלידער פֿון דעם קרוזשאָק האָבען זיך אײַנע די אַנדערע גערופֿען אױיף אַזאַ שטײיגער. דאָס רוב פֿון זײי, אָבער ניט אַלע.

איך בין געװואָרען „אױיף דו" מיט אַנטאָן גנאַטאָװוסקי'ן, מיט אײַנעם פֿון די אָפֿיצערען און מיט אַנדערע צװויי אָדער דרײַ פֿון די קריסטען. מיט די איבעריגע אָבער בין איך געבליבען „אױיף איהר".

סאָקאָלאָװו'ס װואוינונג איז באַשטאַנען פֿון דרײַ צימערען. פֿון הױיף פֿלעגט מען גלײַך אַרײַנקומען אין דעם גרעסטען און בעסטען פֿון זײי. דאָרטען איז געשטאַנען אַ גרױיסער טיש, אַ סאָפֿע און שטולען. אױיפֿ'ן מיטען טיש איז דאָס רוב געשטאַנען אַ גרױיסע בלעכענע פּושקע מיט צוקער און ס'איז געלעגען אַ לאַבען 400ברױיט. דער צװוייטער צימער, אױיך מיט אַ סאָפֿע, איז געװוען קלענער. דער דריטער איז געװוען אַ שלאָף-צימער.

גנאַטאָװוסקי איז בײַ סאָקאָלאָװו'ן געװוען װוי אַ יונגערער ברודער. ער האָט בײַ איהם געװואוינט. ער איז אָבער ניט געװוען זײַן אײַנציגער קעסטלינג. דאָס רוב האָט ער נאָך נאָך אײַנעם אָדער צװויי. און צו מיטאָג-עסען און אין אָװוענד פֿלעגען צוריקקומען נאָך חברים. אַמאָל פֿלעגט זיך אָנקלײיבען אַ היבשע גרופּע. מען האָט געגעסען און געטרונקען — געװועהנליך נאָר ברױיט מיט טהיי. ער פֿלעגט אימער האַלטען אין באַרגען געלט. אָבער אַ באַרגען איז איהם ניט געװוען קײן שװוער. צװוישען זײַנע אינטימע פֿרײַנד זײַנען געװוען אַ פֿאַר רײַכע פּריצישע קינדער, פֿלעגען זײי איהם אױיסהעלפֿען. איבעריגענס האָט נאָר אײַנער פֿון זײי דאָס געטאָן מיט'ן גאַנצען האַרצען.

אַמאָל פֿלעגט זיך בײַ איהם אָפּשטעלען אַן „אונלעגאַלער" מענש, דאָס הײיסט אַ רעװואָלוציאָנער װועלכער, איז אַרומגעפֿאַהרען מיט אַ פֿאַלשען פּאַס, און װועלכען די שפּיאָנען האָבען ארומגעזוכט.

עס זײַנען געװוען פֿאַרשידענע טיפּען. איך האָב באַמערקט אזעלכע, װואָס האָבען סתם געפּוסט-און-פֿאַסעוועט, געגעסען, גערוכערט פּאַפֿיראָסען און געשלאָפֿען ביז 12 אַזײיגער „אין די אינטערעסען פֿון דער רעװואָלוציע". אָבער סאָקאָלאָװו האָט קײן קשיות ניט געפֿרעגט. בײַ איהם זײַנען אַלע געװוען גוטע געסט, אַלע ליבע חברים.

זײַן שטוב, און הױיפּטזעכליך איהם אַלײן, האָב איך אָנגענומען פֿאַר אַ מוסטער פֿון דער אונטער-ערדישער װועלט, און פֿון דער גאַנצער װועלט װוי זי װועט זײַן דאַן, װוען דער סאָציאַליזם װועט מקיים װוערען.

דאָס לעבען האָט פֿאַר מיר אַ גאַנץ נײַעם אױיסזעהן באַקומען. די געזעלשאַפֿט איז געבױט אױיף אונגערעכטיגקײט, און דאָס מוז אָפּגעשאַפֿט װוערען. עס פֿאָלען אָהן אַ שיעור קרבנות — דאָס אַלץ דאַרף איבערגעביטען װוערען. אַלע דאַרפֿען זײַן גלײַך; אַלע דאַרפֿען זײַן ברידער, אָט אזױי װוי מיר זײַנען 401ברידער בײַ װואָלאָדקאַ סאָקאָלאָװו'ן אין שטוב. און אַלע דאַרפֿען זײַן פֿרײַ. עס קען אַזױי זײַן. עס װועט אַזױי זײַן. עס מוז אַזױי זײַן... יעדער מוז זײַן בערײיט צו געבען זײַן לעבען דערפֿאַר.

איך האָב צוטײילט די װועלט אױיף צװויי טײילען — אױיף „אונזערע" און „ניט אונזערע". אױיף די „ניט אונזערע" האָב איך געקוקט אי מיט מיטלייד, אי מיט פֿאַראַכטונג. װוען איך פֿלעג אין גאַס באַגעגענען אַ באַקאַנטען, װואָס האָט ניט געהערט צו „אונזערע", פֿלעג איך איהם באַטראַכטען װוי אַ נידעריגערע באַשעפֿעניש. צו דער זעלבער צײַט האָט מײַן באַגײיסטערונג געמאַכט פֿאַר אַ גוט-מוטיגען, און טאָלעראַנטען. איך האָב מיט אַלעמען גערעדט װוייך, פֿרײַנדליך, אָבער אימער מיט אַ געמישטען געפֿיהל פֿון מיטלייד און פֿאַראַכטונג.

אַ רעליגיעזע התלהבות האָט אין מיר געגליהט. איך האָב זיך אַלײן ניט דערקענט.

אין טאָלסטאַי'ס ערצעהלונג „פֿאַמיליען גליק" װוערט פֿאָרגעשטעלט די גוטהערציגקײט און פֿרומקײט, װועלכע באַהערשט די העלדין, װוען זי װוערט פֿאַרליבט און פֿאַרהײַראַט. זי טײילט איבער'ן דאַרף געלט. זי טוט גוטס און זי זעהט, אַז קײנער זאָל ניט װויסען אַז זי טוט עס. זי רעדט שטיל. זי געהט מיט שטילע טריט. אָט אױיף אַזאַ אַרט האָט זיך אױיסגעדריקט מײַן באַגײיסטערונג מיט דער נײַער אידעע. איך בין אומגעגאַנגען װוי אַ פֿאַרליבטער.

אין די ערשטע װואָכען פֿון מײַן באַקעהרונג צום סאָציאַליזם, האָט אונזער אידעאַל מיר געװוויס פֿאַר אַ בעסערען מענשען געמאַכט.

מיט עטליכע יאָהר פֿריהער, װוען איך האָב פֿון זיך אַראָפּגעװוארפֿען דעם אמונה-לאַסט, בין איך אױיך געװוען אין אַ צושטאַנדער פֿון הױיכער באַגײיסטערונג. מען קען דאָס אָבער ניט פֿאַרגלײיכען צו די געפֿיהלען, מיט װועלכע איך האָב זיך אַרומגעטראַגען איצטער.

איך האָב געדאָרשט אַנדערע מענשען צו ענטפּלעקען דעם אמת. יעדען פֿאַרבייגעהער אין גאַס האָב זיך מיר געװואָלט אָפּשטעלען און אױסשרײַען, אַז ער לעבט אין טעות, און אױיף איהם 402ערקלעהרען װוי די װועלט דאַרף זיך פֿיהרען. אָבער פּראָפּאַגאַנדירען יעדען פֿאַרבייגעהער איז אין רוסלאַנד געװוען אונמעגליך. אונזער „קרוזשאַק" איז געװוען אַ געהיימער, און אײַנע פֿון די ערשטע באַדינגונגען איז געװוען צו זײַן „קאָנספּיראַטיװו", ניט אױיסצוזאָגען קײן סעקרעטען, ניט צו ריידען צופֿיל...

איך בין געװוען אזױי אונערפֿאָהרען אין די װוירקליכקייטען פֿון לעבען, אזױי קינדערש, אַז איך האָב אַלע מיינע נײַע פּרינציפּען אָנגענומען װוערטערליך. אַלע דאַרפֿען זײַן גלײַך; אַלע דאַרפֿען זײַן װוי ברידער, און מײַן פֿליכט איז אַלעמען גלײַך צו ליבען. דאָס אַלע האָב איך אױיסגעטײַטשט בוכשטעבליך. אױיב איך ליב מײַן מוטער מעהרער װוי אַנדערע פֿרױיען, הײיסט דאָס אַז איך בין סענטימענטאַל, ניט קײן פֿאָלשטענדינגער סאָציאַליסט. עס הײיסט, אַז אין מיר לעבען נאָך די געפֿיהלען פֿון דער שלעכטער, אונגערעכטער װועלט. מײַן מוטער איז אַ מענש — אַ מענש װוי אַלע מענשען. מיט װואָס איז זי מעהר יחסנ'טע פֿאַר אַנדערע, אַז איך זאָל איהר ליב האָבען מעהר?

איך האָב זיך געפּרואוװוט אײַנריידען, אַז זי איז בײַ מיר ניט קײן יחסנ'טע. אין האַרצען האָב איך אָבער געפֿיהלט, אַז איך נאַר זיך אַלײן; אַז איך האָב איהר פֿאָרט ליבער װוי אַנדערע. און מיר איז דאָס אױיסגעקומען אזױי װוי איך װואָלט מיט דעם באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכען געגען מײַנע פּרינציפּען. אין אַלגעמיין אָבער בין איך געװוען אין אַ הינער-פּלעט פֿון גליק.

אַפֿילו אין באַצוג צו מײַנע אױיגען איז מיר אױיך געװואָרען גרינגער אױיפֿ'ן האַרצען.

בײַ דיזען פּונקט דאַרף מען האָבען אין זינען דעם דאַמאָלסדינען גײיסט פֿון דער רוסישער באַװועגונג. אין דײַטשלאַנד אָדער אין פֿראַנקרײַך, װוען אַ מענש איז געװוארען אַ סאָציאַליסט, איז די ענדערונג אין איהם געװוען נאָר אַ פּאָליטישע; אונדירעקט אױיך אַ מאָראַלישע. װוייטער אָבער איז דער נײַ-באַקעהרטער געבליבען װוי ער איז געװוען: ער האָט זיך געקלײידט װוי אַלע, זיך געהאַלטען װוי אַלע, געלעבט װוי 403אַלע. אין רוסלאַנד אָבער, װוען מען איז געװוארען אַ סאָציאַליסט, האָט זיך דער גאַנצער מענש געענדערט. װוייניגסטענס, האָט מען זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אזױי דאַרף עס זײַן.

אין די 60-טע און 70-טע יאָהרען האָט צװוישען פֿאַרטגעשריטענע יונגע לײַט געהערשט דער „ניהיליזם". דער װוארט האָט פֿאַרשידענע באַדײַטונגען. אין אַלגעמיין אָבער האָט מען מיט דעם געמיינט, אַז מען גלױיבט ניט אין קײן זאַך, סײַדען מען קען דאָס באַװוייזען; אַז מען לאכט זיך אױיס פֿון אַלע רעליגיעוע, פּאָליטישע אָדער געזעלשאַפֿטליכע געזעצען און כללים.

דער ניהיליסט האָט זיך געקלײידעט זעהר אײַנפֿאַך, װוי אַ פּראָסטער מענש, װוארים זײַן אידעאַל איז געװוען זיך צו דערנעהנטערען צום פֿאָלק, און זײַן אַגיטאַציע האָט הױיפּטזעכליך געצילט אין דעם פּױיער. ער האָט געשטרעבט זיך צוזאַמענמישען מיט דאָרפֿסלײַט און צו פּראָפּאַגאַנדירען צװוישען זײי. דעריבער האָט ער געטראָגען אַן אײַנפֿאַכע בלוזע און לאַנגען שטיװועל, און די האָר זײַנען בײַ איהם געװוען לאַנג.

װוען אײַנער האָט זיך געפּוצט, זיך געזאָרגט װועגען זײַן אױיסזעהען, האָט מען איהם געהאַלטען פֿאַר אַ פּוסטען מענשען.

די פּאַרטיי „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ" האָט דעם ניהיליזם אױיגענטליך אױיפֿגענעבען. איהר טעטיגקײט איז געװוען אין שטאָדט, און זי האָט נעפֿאָרדערט, אַז דער רעװואָלוציאָנער זאָל זיך פֿיהרען װוי אַלע שטאָדט-לײַט. אַז ניט, װועט ער זײַן אָפּגעזונדערט פֿון דער װועלט און װועט ניט קענען האָבען קײן אײַנפֿלוס. װואָס אַנבאַטרעפֿט די טעטיגע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי, איז דאָס אײַנפֿאַך געװוען אַ פֿראַגע פֿון זיכערהייט. װוארים אױיף דעם װואָס איז געגאַנגען ניהיליסטיש געקלײידעט האָט די פּאָליציי גלײַך געװוארפֿען אַן אױיג. צו דער „קאָנספּיראַטיװוער" אַרבײַט האָט אזאַ מענש ניט געטױיגט. די טעראָריסטען האָבען זיך דעריבער געקלײידעט נאָך דער מאָדע, זאָגאַר װוי פֿראַנטען, סײַדען אימעצער האָט גראָד געדאַרפֿט זיך פֿאָרשטעלען פֿאַר אַ פּױיער אָדער פֿאַר אַ איזװואָשטשיק, למשל.

דער פֿריהערדיגער ניהיליסטישער גײיסט איז אָבער געבליבען אינערליך. אין זײַן מאָראַל איז דער רוסישע סאָציאַליסט אַלץ 404געװוען אַ פּרוש. אױיספֿיינען זיך, זוכען אַפּלאָדיסמענטען, דאגה'נען װועגען דעם אײַנדרוק װואָס איהר מאַכט אױיף דאַמען — אזעלכע זאַכען האָט מען שאַרף קריטיקירט. פֿון אַ סאָציאַליסט האָט מען ערװוארטעט אַז ער זאָל זיך צום לעבען פֿאַרהאַלטען סעריעז און פֿילאָזאָפֿיש און אױיף דער עפֿענטליכער מיינונג זאָל ער קוקען מיט פֿאַראַכטונג, סײַדען דאָס קען מען שטערען צו זײַן אונטער-ערדישער טעטיגקײט.

דאָס אַלץ איז געװוארען אַ טײיל פֿון מײַן נײַער רעליגיע. און דאָס האָט געהאַט אַ װוירקונג אױיף מײַנע שטימונגען. װואָס קימערט דאָס מיר, װואָס מײַנע אױיגען זײַנען ניט גלײַך? װועמען אַרט דאָס, צי איך געפֿעל צי ניט? איך שטעה העכער פֿון אזעלכע נאַרישקייטען!

אזױי האָב איך צו זיך געזאָגט, און דאָס זײַנען ניט געװוען קײן הױילע װוערטער.

אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל האָבען מיר געזעהן, װואָס פֿאַר אַ פֿאַרלײַכטערונג איך האָב דערפֿיהלט װוען איך בין געקומען צום שלום, אַז עס איז ניטאָ קײן גאָט און קײן גיהנם. איך בין באַפֿרײַט געװואָרען פֿון פֿאַר שרעק, אַז אױיך יענער װועלט װועט מען מיר באַשטראָפֿען פֿאַר מײַנע זינד. אַן עהנליכע פֿאַרגרינגערונג האָב איך איצט דערפֿיהלט אין באַצוג צו דער װועלט. אַ באַרג האָט זיך פֿון מײַן האַרצען אַראָפּגעקײַקעלט.

איך גלױיב, אַז אַ היבשע ראָלע האָבען דערבײַ געשפּילט די װוארימע חבר'ישע באַציהונגען, װואָס איך האָב געפֿונען אין דעם „קרוזשאַק". די האַרצינע ליבליכקייט פֿון װואָלאָדיאַ סאָקאָלאָװו צו מיר, און דער גאַנצער גײיסט פֿון מענשען-ליבע און געגענזײַטיגען צוטרוי, װועלכער האָט דורכגעדרונגען די אונטער-ערדישע װועלט, װוי װוייט איך האָב איהר געקענט, האָט מיר בוכשטעבליך באַצױיבערט. װואָס פֿאַר אַן אונטערשיעד פֿון דעם קאַזאַרמע-גײיסט, װועלכער האָט געהערשט אין דעם אינסטיטוט!

איך האָב געפֿיהלט אַ נײַעם צוטרוי צו זיך זעלבסט. און די װועלט איז מיר ליבער געװואָרען.

405צװוישען די מיטגלידער פֿון דעם קרוזשאַק זײַנען געװוען צװויי ברידער, אַבראַם און באָריס קאַספּע, װועלכע זײַנען געקומען פֿון דער האָמלער פּראָ-גימנאַזיע צו ענדיגען די גימנאַזיע אין װוילנא. זײי האָבען געהאַט אַ קװוארטיר אױיף נאָװואָ-סװוויאַט, און איך פֿלעג צו זײי אָפֿט אַרײַנקומען. ספּעציעל נאָהענט בין איך באַקאַנט געװוארען מיט אַבראַם'ען.

בײַ זײי בין איך אױיך באַקאַנט געװוארען מיט נאָך אַ גימנאַזיסט, אַ שװואַרץ-חנ'עװודיגען יונגענמאַן מיט'ן נאָמען ראַבינאָװויטש. ער איז געװוען אַ פֿרעהליכער, „צוגעלאָזענער" בחור, און מיר זײַנען געװוארען אינטימע חברים. מיר פֿלעגען זיך אָפֿט זעהן, און אױיך מיט מײַן פֿאַרלאַנג האָט ער מײַן קוזינע — רבקה, די עלטסטע טאָכטער פֿון מײַן מוהמע פֿײַגע — געגעבען אוראָקען. אָהן געצאָהלט נאַטירליך. זי האָט זיך געפֿערטיגט אָנצוקומען אין דעם װוילנער „אינסטיטוט" פֿאַר מײידלער, און ער האָט איהר געהאָלפֿען.

4
אַבראָטשעװו. — עפּשטיין. — אַ קװוארטיר אױיף פּאַהאָליאַנקע. — אַרבייטער. — „עלטשיק". — זונדעלעװויטש'עס מוטער. — סטראַשונסקי. — מענאַקער.

סאָקאָלאָװו'ס קװוארטיר האָב איך באַזוכט זעהר אָפֿט, אַפֿילו װוען די װואָקאַציע האָט זיך שױין גענענדיגט. עס איז געװוען ניט װוייט פֿון אינסטיטוט, און איך פֿלעג זיך אַהין אַריבערכאַפֿען אַפֿילו אין מיטען װואָך.

פֿון צײַט צו צײַט פֿלעג איך אױיך באַזוכען אַן אַנדער קריסטליכע הױיז. דאָס איז געװוען די קװוארטיר פֿון אונזער ביבליאָטעקער, אַ יונגערמאַן מיט'ן נאָמען אַבראָטשעװו, דער זוהן פֿון אַ גענעראַל. זײַן פֿאָטער איז געװוען אַ רוס, און פּראַװואָסלאַװונער, און די מוטער איז געװוען פֿון דײַטשער אָפּשטאַממונג און פֿון דעם לוטעראַנישען גלױיבען. דאָס, גלױיב איך, איז געװוען די אורזאַכע װוארום דער פֿאָטער האָט געװואוינט באַזונדער. ער האָט זיך דאַן געפֿונען אין פּעטערסבורג.

406די פֿאַמיליע האָט געװואוינט אױיף פּאַהאָליאַנקע, און עס זײַנען דאַן געװוען זעהר װוייניג הײַזער. די גאַס איז געװוען אױיסגעזעצט מיט בױימער, און פֿון בײַדע זײַטען זײַנען געװוען פֿרײַע לאַנקעס אָדער סעדער. נעהנטער צום שטאָדט צו האָבען זיך דאָרטען געפֿונען עטליכע הײַזער, און אין אײַנער פֿון זײי האָבען געװואוינט די אַבראָטשעװוס.

אַבראָטשעװו האָט געהאַט אַ סך ביכער, פֿון דעם סאָרט װועלכען „ענטװויקעלטע" (דאָס הײיסט ראַדיקאַלע) יונגעלײַט פֿלעגען דאַן לעזען. דאָס רוב פֿון זײַנען דאָס געװוען ניט פֿאַרבאָטענע װוערק און זײי זײַנען בײַ איהם געשטאַנען אױיף פֿאַליצעס. ער האָט אָבער אױיך געהאַט פֿאַרבאָטענע זאַכען, און זײי האָט ער געהאַלטען אין אַ פֿאַרבאָרגענעם פּלאַץ.

פֿון זײַן מוטער'ס צד האָט ער גע'ירש'נט דײַטשע פֿינקטליכקייט. אַלץ פֿלעגט ער פֿאַרשרײַבען — מיט אַ פֿאַרשטעלטען כתב — און האַלטען אין דער שטרענגסטער אָרדנונג. אױיף זײַן צוריקגעהאַלטענעם שטײיגער איז ער געװוען אַ באַגײיסטערטער, איבערגעבענער רעװואָלוציאָנער און אױיך אַ באַגײיסטערטער ניהיליסט. אַ דאַרער, ניט קײן הױיכער און אַ בלאַסער, מיט אַ שטימע װואָס איז געגאַנגען אַביסעל דורכ'ן נאָז, האָט ער געמאַכט אַן אײַנדרוק װוי אַ מענש ניט פֿון דער װועלט. איך פֿלעג זיך קלערען, אַז איהם װואָלט פּאַסען צו זײַן אַ מאָנאַך, שטעהן גאַנצענע טעג אױיף די קניה און זאָגען „פּאַטשערעס". דער סאָציאַליזם איז בײַ איהם װוירקליך געװוען אַ רעליגיע.

אַמאָל פֿלעג איך פֿאַרברענגען בײַ איהם אַ היבשע צײַט. מיר פֿלעגען שמועסען. מיט זײַנע געצעהלטע װוערטער פֿלעגט ער אַ סך אױיסדריקען. ער איז געװוען אַ סך מעהר באַלעזען װוי איך, און איך האָב פֿון איהם פֿילע געהאַט אינטערעסאַנטע זאַכען, װועלכע זײַנען פֿאַר מיר געװוען אַ נײַעס.

ער האָט מיר צונױיפֿגעשטעלט אַ לעזע-פּראָגראַם — פֿון ביכער און זשורנאַל-אַרטיקלען. אײַניגע פֿון זײי האָט ער געהאַט אין זײַן ביבליאָטעק, אײַניגע האָט ער מיר געראַטהן צו לעזען אין דער שטאָדט-ביבליאָטעק, און אַ פֿאַר האָב איך געקױיפֿט.

407איך האָב זיך אזױי אַרײַנגעװוארפֿען אין ליענען לױיט אַבראָטשעװו'ס פּראָגראַם, אַז איך פֿלעג פֿאַרנאַכלעסיגען די אוראָקען אין קלאַס. איך האָב אָפֿט ריזיקירט צו באַקומען אַ שלעכטע אָטמעטקע.

אײַן מאָל אין אַ אָװוענד האָט פֿראַװואַסאָדאַװויטש, װועלכער איז דאַן געװוען דער דעזשורנער*, דורך דער טיר פֿון אונזער קלאַס געזעהען װוי איך זיץ און ליען. מײַן פּאָזע און מײַן פֿאַרטיפֿקײט האָט איהם פֿאַראינטערעסירט, און ער איז אַרײַנגעקומען אַ קוק טאָן.

* יעדען אָװוענד פֿלעגט אַן אַנדער לעהרער אַכטונג געבען אױיף די שילער פֿון אַלע קלאַסען. אזאַ לעהרער האָט געהייסען „דעזשורני" (דער „טעגליכער", דער משגיח פֿון יענעם טאָג).

— װואָס ליענט איהר? — האָט ער געפֿרעגט.

— אַן אַרטיקעל אין „אָטעטשעסטװוענניאַ זאַפּיסקי" (אַ מאָנאַט-שריפֿט, אין װועלכען האָבען דאַן אַנטײיל גענומען די בעסטע דענקער און בעלעטריסטען פֿון רוסלאַנד).

— אָהאַ! — האָט ער געזאָגט — אָהן די „אָטעטשעסטװוענניאַ זאַפּיסקי" קענט איהר שױין ניט אױיסקומען? בעסער לערנענט די אוראָקען! זשורנאַלען װועט איהר פֿאַרשפּילען צו לעזען װוען איהר װועט עלטער װוערען.

אײַן מאָל, װוען איך האָב זיך אין זײַנעם אַן אוראָק פֿאַרטשעפּעט, האָט ער באַמערקט מיט אַ גיפֿטיגען שמייכעל:

— ניטאָ, נאַטירליך, קײן צײַט צו לערנען די אוראָקען! מען מוז לעזען זשורנאַלען...

פֿון דעסטװועגען האָט ער מיר קײן שלעכטע אַטמעטקע דיזען מאָל ניט געשטעלט. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז זינדט ער האָט מיר געזעהן לעזענדיג די „אָטעטשעסטװוענניאַ זאַפּיסקי", האָט ער, ניט װוילענדיג, צו מיר געהאַט מעהר רעספּעקט.

אַ פֿאַר פֿון די ביכער, װואָס אַבראָטשעװו האָט אַרײַנגעשטעלט אין זײַן פּראָגראַם, האָב איך באַקומען בײַ אַ יונגען מאַן מיט'ן נאָמען מיכאַעיל עפּשטיין, אַ מיטגליד פֿון דעם װוילנער קרוזשאַק.

408װועלכער האָט געװואוינט אױיף פּאָליצײ גאַס. ער איז געװוען אַביסעל עלטער פֿאַר מיר, און אױיך ענטװויקעלטער. אײַן מאָל האָב איך זיך צו איהם געװוענדעט מיט אַ פֿאַר פֿראַגען װועגען דער סאָציאַליסטישער באַװועגונג אין דײַטשלאַנד. ער האָט מיר געענטפֿערט: ער האָט אָבער װועגען די דײַטשע סאָציאַל-דעמאָקראַטען גערעדט מיט פֿאַראַכטונג. פֿון אַלץ װואָס ער האָט געזאָגט, זײַנען בײַ מיר פֿאַרבליבען די פֿאָלגענדע װוערטער, װועלכע זײַנען, נאָך מײַן מיינונג, זעהר כאַראַקטעריסטיש:

— הונדערט טױיזענד סאָציאַל-דעמאָקראַטען האָבען זײי שױין, און װואָס טוען זײי אױיף? גאָרניט! גיט אונז, אין רוסלאַנד, נאָר צעהן טױיזענד רעװואָלוציאָנערען, און מיר װועלען מאַכען אזאַ איבערקעהרעניש, אַז די בײַנדעלעך װועלען קנאַקען!...

װוען איך בין געװוען אין פֿערטען קלאַס, האָט קאַטעלניקאָװו, אונזער דירעקטאָר, זיך אַרומגעזעהען אַז אונזער פֿאַרשלאָסענער לעבען איז ניט גוט פֿאַר אונדער געזונט, האָט ער אָנגעהױיבען אונז אַרױיסצולאָזען אױיף אַ שטונדע יעדען טאָג. איך װוייס ניט װוי װוייט ער האָט מיט דעם געמיינט אונזער געזונט, און װוי װוייט ער האָט דאָס אײַנגעפֿיהרט בלױיז װוייל ער האָט געדורשט נאָך נײַעסען, נאָך ענדערונגען. יעדנפֿאַלס איז די טעגליכע פֿרײַע שטונדע בײַ אונז געװוען זעהר אָנגעלייגט. אָבער אַנשטאָט איהר צו געברױיכען אױיף שפּאַצירען, האָב איך אױיפֿגעזוכט אַן אוראָק אױיף יעדען טאָג.

דער אוראָק איז געװוען בײַ אַ פֿעלדשער אין הױיז, אױיף זאַרעטשיע, לעבען דער „גאָטשקע". דער פֿעלדשער האָט געהאַט צװויי אײַנגעלעך, אײַנער פֿון די שילער אַ פֿאַר אונזער נאַטשאַלניע אוטשילישטשע, און דער אַנדערער — אַ גמרא בחור'ל, און איך האָב געלערענט מיט בײַדע צוזאַמען.

זאַרעטשיע איז אָבער פֿון אונזער אינסטיטוט אַ היבשע שטיק. פֿלעג איך ניט געהן, נאָר בוכשטעבליך לױיפֿען. איך פֿלעג קומען אַהין אַ פֿאַרסאַפּעטער און אַנשטאָט אַ שטונדע פֿלעג איך זײי קױם געבען אַ האַלבע שטונדע.

זײיער מוטער האָט צוערשט קײן פֿראַגען ניט געשטעלט.

409אָבער ענדליך האָט זי מיר געגעבען אָנצוהערעניש, אַז אַנשטאַט אַ שעה, גיב איך זײי אַ האַלב שעה. איך האָב איהר ערקלעהרט די אמת'ע אורזאַכע, און זי איז מרוצה געװוארען אױיף אַ האַלבע שעה.

דאָס ערשטע װואָס איך האָב געטאָן מיט די געלט װואָס איך האָב פֿאַרדינט אױיף דיזען אוראָק איז געװוען צו קױיפֿען און לאָזען אײַנבינדען דרעפּער'ס „געשיכטע פֿון דער ענטװויקלונג פֿון אײַראָפּאַ" — אײַנער פֿון די װוערק אין אַבראָטשעװו'ס צעטעל.

װוייטער אױיף פּאַהאָליאַנקע, עטליכע מינוט גאַנג פֿון אַבראָטשעװו'ס קװוארטיר, אין ניט קײן טיפֿען קעלער, האָט זיך געפֿונען נאָך אַ צענטער פֿון „אונזערע". די קװוארטיר האָבען געהאַלטען באַדאַנעס און דער אױיבען-דערמאַנטער ראַבינאָװויטש. זי האָט זיך געפֿונען אױיף אַ פֿרײַען סקװוער, לעבען דעם לוטעראַנישען בית-עולם. פֿונקט אַנטקעגען איז געװוען אַ פּאָליציי-בודקע. װוי װוייניג דער גאָראָדאָװואָי (פּאָליסמאַן) האָט געװואוסט װואָס פֿאַר אַ סאָרט קװוארטיר דאָס איז, קען מען זעהן פֿון דעם פֿאַקט, אַז ער פֿלעגט פֿאַר באַדאַנעס'ן און ראַבינאָװויטש'ן יעדען פֿריה-מאָרגען שטעלען דעם סאַמאָװואַר פֿאַר אַ פֿאַר קאָפּיקעס. און שפּעטער, װוען אױיף דער דירה איז געפֿאַלען אַ שטיקעל חשד, און פֿון דער פּאָליציי האָט מען אַנגעפֿרעגט בײַ דעם גאָראָדאָװואָי, האָט ער װועגען די אײַנװואוינער אָפּגעגעבען דעם גינסטיגסטען באַריכט.

מײַסטענס פֿלעגען זיך דאָ צונױיפֿקומען אידישע יונגעלײַט. עס פֿלעגען אָבער אַרײַנקומען קריסטען אױיך. און אײַן קריסט האָט זיך דאָ אױיפֿגעהאַלטען שטענדיג.

װוען די דיזע שורות װוערען געשריבען, איז דער געגענד באַזעצט, און פּאַהאָליאַנקע איז אַ גאַס, געדיכט פֿאַרבױט מיט הײַזער פֿון בײַדע זײַטען. דאַן אָבער איז דאָס געװוען אַ שפּאַצירפּלאַץ, מיט זעהר װוייניג הײַזער. אידען האָבען אין דער נאָכבאַרשאַפֿט יעדנפֿאַלס ניט געװואוינט, און די קװוארטיר, װועלכער איך רעד דאָ, איז געװוען אַן אױיסנאַהמע. אָבער אונז האָבען די קריסטליכע שכנים ניט באַטראַכט אַלס אידען אין דעם געװועהנליכען זין פֿון דעם װוארט.

410אױיף דיזער קװוארטיר פֿלעג איך אַרײַנקומען זעהר אָפֿט, און אין דעם װוינטער פֿון 81-1880 האָב איך דאָ אָפֿט פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען פֿרײַטאָג-צו-נאַכט און אַ גרױיסען טײיל פֿון דעם שבת. אָפֿט פֿלעג איך דאָ פֿרײַטאָג-צו-נאַכט נעכטיגען.

מיר האָבען דאָס באַטראַכט אַלס אײַנע פֿון די „קאָנספּיראַטיװוע" קװוארטירען פֿון דער „אונטער-ערדישער" װוילנא. װוען איך פֿלעג געפֿינען אַ אידישען יונגענמאַן, װועלכער איז מיר געפֿעלען געװוארען אַלס אַ קאַנדידאַט פֿאַר די רעװואָלוציאָנערע רייהען, פֿלעג איך איהם ברענגען אַהער.

אַהער פֿלעגען אַרײַנקומען עטליכע אידישע אַרבייטער, און מען פֿלעגען זײי דאָ געבען „אוראָקען" (אָהן געצאָלט), און ערקלעהרען דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק. די אַרבייטער זײַנען אַלע געװוען פֿון מאַלאַט, אַ שטעדטעל ניט װוייט פֿון פּאָדברעזע. באַדאַנעס איז מיט זײי באַקאַנט געװוארען דורך אַ מאַלאַטער רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען גראַץ.

דאָס איז געװוען דער ערשטער שפּראַץ פֿון אַן אידישער אַרבייטער באַװועגונג אין װוילנא.

אין דער רוסישער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג איז נאָך געװוען פֿריש דער אָנדענקונג פֿון „געהן אין פֿאָלק", דאָס הײיסט, געהן אין די דערפֿער אױיפֿקלעהרען און לערנען די פּױיערים. אין דעם איז באַשטאַנען די הױיפּט-טעטיגקײט פֿון דער פֿריהערדיגער פּאַרטיי „זעמליאַ אי װואָליאַ". דיזע באַװועגונג האָט זיך גענענדיגט נאָר מיט קרבנות פֿאַר די רעװואָלוציאָנערען, און מען האָט זי זעהר אױיפֿגעגעבען. אָבער דער אױיסדרוק „געהן אין פֿאָלק" האָט בײַ אונז געהאַט אַ צױיבערליכען קלאַנג, און לערנענדיג גראַמאַטיק מיט עטליכע אידישע בעל-מלאכה'ס האָבען מיר זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז מיר „געהען אין פֿאָלק".

אױיף דער פּאַהאָליאַנקער קװוארטיר האָט זיך אױיפֿגעהאַלטען אַ יונגער קריסט, זעהר אַ הױיכער און אַ שלאַנקער, מיט'ן נאָמען יאַנטשעװוסקי. אַלײן איז ער געװוען פֿון גראָדנאַ. דאָרטען איז ער שױין אַמאָל אַרײַנגעפֿאַלען. נאָכדעם װוי ער איז אַ געװוויסע צײַט אָפּגעזעסען אין טורמע, האָט מען איהם אַרױיסגעלאָזען „און411טער פּאָליציי אױיפֿזיכט", און אײַנמאָל אַ װואָך פֿלעגט ער מוזען קומען אין דעם גראָדנער פּאָליציי-אַמט און אונטערשרײַבען זײַן נאָמען, צו װוייזען אַז ער איז דאָ. פֿלעגט ער יעדע װואָך אַהין קומען זיך מעלדען, און גלײַך נאָכ'ן אונטערשרײַבען זיך פֿלעגט ער אַװועקפֿאָהרען אין װוילנא. אזױי האָט ער געטאָן װואָך-אײַן, װואָך-אױיס.

אין װוילנא איז זײַן אַרבייט באַשטאַנען אין דעם, װואָס ער פֿלעגט באַקומען שריפֿטען פֿון אַ רעגירונגס-דרוקעריי, און דאָס איבערשיקען צו דער געהיימער דרוקעריי פֿון דער רעװואָלוציאָנערער אָרגאַניזאַציע.

אַראָפּ ברײַטע גאַס, ניט װוייט פֿון דער פּאָסט, איז געװוען די דרוקעריי פֿון דעם מיליטערישען שטאַב, װואו יאַנטשעװוסקי האָט געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט אַ סאָלדאַט, װועלכער האָט דאָרטען געאַרבייט אַלס זעצער. דער סאָלדאַט פֿלעגט גנב'ענען בוכשטאַבען און זײי איהם פֿאַרקױיפֿען.

יאַנטשעװוסקי איז געװוען אַ גוט-מוטיגער, פֿרעהליכער יונג, און אױיף אַ שטיפֿערישען שטײיגער האָט ער זיך בײַ אונז געלערענט רײידען אידיש. אָבער מעהר װוי עטליכע װוערטער האָט ער זיך ניט אױיסגעלערענט. איך האָב איהם אַ נאָמען געגעבען „עלטשיק", און דער נאָמען איז אזױי געפֿעלען געװואָרען, אַז אין פֿאַרלױיף פֿון אַ פֿאַר טעג האָט ער ניט געענטפֿערט װוען מען האָט צו איהם גערעדט, סײַדען מען האָט איהם גערופֿען „עלטשיק".

אין אַ געװוויסען פֿרײַטאָג-צו-נאַכט האָט אױיף דער פּאַהאָליאַנקער קװוארטיר אימעצער געבראַכט לעאָן זונדעלעװויטש'ן. דעם זעלבען אָװוענד בין איך אַהין געקומען מיט אַ שילער פֿון מײַן קלאַס, מיט'ן נאָמען סטאַטקעװויטש און מיט נאָך אַ פֿאַר „קאַנדידאַטען".

יענעם װוינטער איז דער נאָמען פֿון לעאָן'ס ברודער — אַרקאַדיע אָדער אַהרן — געװוען עטליכע מאָל דערמאַנט אין די צײַטונגען אַלס אײַנער פֿון די הױיפּט-פֿיגורען אין דעם ערשטען גרױיסען פּראָצעס איבער טעראָריסטען פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ װואָ412ליאַ" — „דער פּראָצעס פֿון 16". צװוישען אַנדערע זאַכען האָט מען איהם באַשולדיגט אין אַ נאָהענטער שייכות צו סאָלאָװויאָװו'ס אַטענטאַט אױיפֿ'ן קיסר. איך געדענק ניט, צי דער פֿרײַטאָג-צו-נאַכט, װוען לעאָן, װועלכען איך דערצעהל דאָ, איז געװוען פֿאַר דעם דאָזיגען פּראָצעס, צי נאָך דעם. יעדענפֿאַלס האָט לעאָן שױין דאַן אַרױיסגעװוויזען אַ גרױיסען אינטערעסען אין דער באַװועגונג, און אַ באַגעהר צו געהן אױיפֿ'ן װועג פֿון זײַן בארימט-געװואָרענעם ברודער.

מען האָט פֿאַרבראַכט דעם אָװוענד אין לעזען, שמועסען, דיסקוטירען. מען איז אזױי געזעסען ביז שפּעט אין דער נאַכט. דאַן האָט זיך די קאָמפּאַניע געלייגט שלאָפֿען. די קװוארטיר איז באַשטאַנען פֿון אַ גרױיסען צימער און אַ קלײינעם פֿאָדער-צימער. אַלע, אױיסער „עלטשיק"ן און נאָך צװויי, האָבען זיך אױיסגעלײיגט אױיף דער פּאָדלאָגע פֿון דעם גרױיסען צימער, און „עלטשיק" מיט די אַנדערע צװויי — אין דעם פֿאָדער-צימער.

אין מיטען נאַכט הערען מיר אַ גערודער. עפּעס אַ קריגעריי צװוישען אַ אידישער פֿרױי און „עלטשיק"ן. די אידענע האָט געשריען אױיף אידיש; ער האָט איהר אָפּגעענטפֿערט אױיף רוסיש און זי האָט איהם איבערגעקרימט.

עס האָט זיך אַרױיסגעצײַגט, אַז דאָס איז לעאָן'ס מוטער (װוי אזױי זי האָט זיך דערװואוסט װואו ער געפֿינט זיך, געדענק איך ניט). זי האָט געזאָגט װוער זי איז, און „עלטשיק" האָט איהר אַרײַנגעלאָזען.

װוען זי האָט דערזעהן געלעגערס אױיף דער ערד, האָט זי אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט און זיך צעװוייענט אױיפֿ'ן קול:

— אָט אזױי, פֿונקט אזױי פֿלעגט אַהרן ליגען! גזלנים! איהר האָט דאָך שױין אײַנעם בײַ מיר צונגענומען! װואָס װוילט איהר? נאָך אײַנעם?

מיט עטליכע יאָהר צוריק, אין דער צײַט פֿון דעם ניהיליזם, פֿלעגען יונגעלײַט נאָכטאָן ראַכמעטיעװו'ן פֿון טשערנישעװוסקי'ס ראָמאַן „װואָס זאָל מען טאָן?". אױיב זײי פֿלעגען ניט ליגען אױיף טשװועקעס, פֿלעגען זײי װוייניגסטענס שלאָפֿען אױיף דער הױילער 413פּאָדלאָגע. אָט דאָס האָט זונדעלעװויטש'עס מוטער געמיינט מיט די װוערטער: „פֿונקט אזױי פֿלעגט אַהרן ליגען."

אַן אינטערעסאַנטער מיטגליד פֿון דעם קרוזשאַק, מיט װועלכען איך בין באַקאַנט געװוארען אױיף דער פּאַהאָליאַנקער קװוארטיר, איז געװוען אַ איד שױין כמעט פֿון די מיטעלע יאָהרען, מיט'ן נאָמען סטראַשונסקי. ער האָט געהאַט אַ פֿולע באָרד, אַ בלאָנדע, און אַ גרױיסע שמייכלענדע אױיגען. אין אַלגעמיין האָט ער אױיסגעזעהן װוי אַ איד אַ למדן און אַ משכיל פֿון דעם באַלעבאַטישען קלאַס, און דאָס איז ער װוירקליך געװוען. ער האָט אָבער געקענט רוסיש און שױין לאַנג געהערט צו דעם געהיימען קרוזשאַק. זײַן פֿרױי האָט געהאַלטען אַ קרעמעל אױיף דאָמיניקאַנער גאַס, און זי האָט קײן באַגריף ניט געהאַט, װואָס פֿאַר אַ סאָרט באַקאַנטשאַפֿטען ער פֿיהרט.

באַדאַנעס האָט מיר אױיך באַקאַנט געמאַכט מיט אײַנעם מענאַקער, אַן אינטערעסאַנטער בחור מיט כאַראַקטער און מיט פֿייער. ער האָט געװואוינט בײַ זײַנע עלטערען (זײַן פֿאָטער איז װוירקליך געװוען אַ מנקר, אַ טרײַבערער), און דאָרטען פֿלעגען זיך בײַ איהם צוזאַמענקלײַבען פֿאַרשידענע יונגע לײַט; אַלזאָ, בין איך בײַ איהם געװוארען אַן אָפֿטער אײַנגעהער.

5
ברוגז מיט'ן טאַטען. — די מאַמע הױיבט אָן חושד זײַן. — אַ יונגער מאַן מיט גילדערנע ברילען.

יעדען פֿרײַטאָג-צו-נאַכט פֿלעג איך עסען בײַ מײַנע עלטערען. דאָס האָב איך גענומען אָפּהיטען. נאָכ'ן עסען פֿלעג איך אַװועקגעהן און אַמאָל קומען נעכטיגען אַהיים, אַמאָל צו דער מומען; אָבער אָפֿט פֿלעג איך שלאָפֿען אױיף פּאַהאָליאַנקע, אָדער בײַ אַן אַנדערען פֿון די חברים. שבת צום טשעלענט פֿלעג איך אָבער װוידער זײַן אין דער היים.

414מײַנע פֿאַרהעלטענישע מיט מײַן פֿאָטער זײַנען געװוארען אָנגעצױיגען. ער פֿלעגט זיך אימער צו מיר טשעפּען מיט פֿראַגען װועגען רעליגיאָן, און מיר איז ניט אָנגענעהם געװוען אױיף זײי צו ענטפֿערען. עס האָט זיך מיר זעהר ניט געװואָלט איהם אָפּעסען די האַרץ, און איך האָב געפּרואוװוט אױיסמיידען דעבאַטען מיט איהם. ער איז געװוען זעהר אַ געפֿיהלפֿולער מענש און אַ כעסן. און איך האָב גע'ירש'נט זײַן הײיסע בלוט. אַ דעבאַטע צװוישען אונז, אַלזאָ, װואָלט קײן גוטעס ניט געבראַכט. אַ חוץ דעם: מײַנע געדאַנקען זײַנען געװוען אזױי װוייט פֿון זײַן װועלט, אַז פֿראַגען װועגען רעליגיאָן האָבען מיר אױיסגעזעהען קינדערש אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿראַגען װועלכע האָבען מיר איצט אינטערעסירט. אָבער ער פֿלעגט דוקא װועלען דעבאַטען מיט מיר. אום מיר ניט צו באַלײידיגען, פֿלעגט ער פֿאָרזיכטיג פֿרעגען בײַ מיר ניט װואָס איך גלױיב צו זאָגען װועגען גאָט, נאָר װואָס מײַן לעהרער שטײַנבערג זאָגט װועגען גאָט.

שטײַנבערג איז געװוען אַ איד אַן אדם הכהן לעװוענסאָן (בערעל מיכאַלישקער), װועמען מײַן פֿאָטער האָט געהאַלטען פֿאַר דעם גרעסטען אפֿיקורס אין דער װועלט. און שטײַנבערג אַלײן איז בײַ איהם אױיך געװוען אײַנער פֿון די גרױיסע אפֿיקורסים.

שטײַנבערג האָט מיט אונז נאָר געלערענט דקדוק און תנ"ך. מיט פֿראַגען װועגען גאָט האָבען זײַנע אוראָקען ניט געהאַט צו טאָן. מײַן פֿאָטער האָט סתם געברױיכט זײַן נאָמען. אַלס אַ סימבאָל פֿון אפֿיקורסות האָט ער איהם געברױיכט.

װוען איך פֿלעג זיך אַרױיסדרעהען פֿון זײַנע פֿראַגען, פֿלעגט ער זאָגען:

— דיר שטעהט שױין גאָר ניט אָן צו ריידען מיט דײַן טאַטען? פֿאַר אזאַ נאַר האַלטסטו דאָך איהם?

פֿלעג איך איהם ענטפֿערען, זעהר פֿאַרזיכטיג; דערצעהלען איהם „װואָס שטײַנבערג זאָגט", װוי אזױי די װועלט איז באַשאַפֿען געװוארען.

אײַן מאָל, װוען ער איז שױין געװוען זעהר בייז, און האָט זיך קױם קאָנטראָלירט, האָט מײַן מוטער זיך אַרײַנגעמישט: 415— װואָס דאַרפֿסטו זיך צו איהם טשעפּען? װוילסט זיך ניט אַנדערש צוקריגען מיט איהם?

— װוער קריגט זיך? װואָס װוילסטו? איך קען ניט ריידען מיט מײַן אײַגען קינד? — האָט ער געענטפֿערט.

ער האָט זיך אָנגעשטרענגט מיט אַלע קרעפֿטען צו זײַן געלאַסען. זײַן געדולד האָט אָבער דאָך געפֿלאַצט. זײַן כעס האָט זיך אָנגעצונדען, און ער האָט אױיסגעשאָסען מיט גיפֿטיגע קללות אױיף שטײַנבערג'ן און אױיף מיר אױיך.

מיר זײַנען געװוארען ברוגז. און אזױי האָט זיך דאָס געצױיגען פֿילע װואָכען. איך פֿלעג זיצען בײַם טיש, און ער פֿלעגט צו מיר ניט ריידען און איך פֿלעג צו איהם ניט ריידען. עס איז מיר געװוען זעהר שװוער. איך האָב געװואוסט װויפֿיל ער לײדט דערפֿון. איך האָב צװואַנציג מאָל געװואָלט איהם איבערבעטען, און יעדערס מאָל װוען איך פֿלעג דאָס װועלען טאָן, פֿלעג איך דאָס אָפּלייגען אױיף איבעראַכטאָג.

אײַנמאָל, װוען איך בין געװוען פֿריי, האָט מײַן מאַמע, שפּאַצירענדיג מיט מײַן ברודערל אַנטקעגען װואָקזאַל, מיך דערזעהן פֿון װוייטען אױיף אַ דראָזשקע מיט אַ קריסט. דער קריסט איז געװוען „עלטשיק". מיר זײַנען בײַדע אַרױיסגעקומען פֿון װואָקזאַל און זיך אַװועקגעזעצט אױיף דער דראָזשקע. װואָס מיר האָבען געטאָן אױיף װואָקזאַל'ן געדענק איך ניט. איך האָב געזעהן אַז די מוטער קוקט אױיף מיר, און דאָס איז מיר ניט געװוען אָנגענעהם, װוייל איך האָב איהר געהאַלטען פֿאַר זעהר אַ קלוגע, און איך האָב מורא געהאַט אַז זי װועט נעמען עפּעס חושד זײַן. װוי קום איך צו פֿאַהרען אױיף אַ דראָזשקע בײַם טאָג און נאָך מיט אַ קריסט?

מיר זײַנען אַװועקגעפֿאָהרען װוייטער, און ערשט מיט עטליכע שטונדען שפּעטער בין איך געקומען אַהיים.

איך האָב קײן טעות ניט געהאַט.

— מיט װועמען ביזטו דאָס געפֿאָהרען? װוער איז דאָס דער קריסט? — האָט מײַן מוטער געפֿרעגט.

זי האָט דאָס געפֿרעגט מיט אַ דורכדרינגענדען בליק.

416— װואָס װוילסטו? מאַלע מיט װועמען איך בין געװוען! — האָב איך געענטפֿערט. — קענסט די פּנים אַלע מײַנע באַקאַנטע?

— זעה, אַלטער, בעסער היט דיך! װוילסט זיך אונגליקליך מאַכען? — האָט זי געזאָגט.

אַ צװוייטען מאָל האָט פּאַסירט דאָס פֿאָלגענדע:

עס איז געקומען מײַן טאַטע'ם אַ שװואָגער, און זיצענדיג און רײידענדיג בײַ אונז אין שטוב, האָט ער באַמערקט, אַז מײַן בוזים-קעשענע איז אָנגעפֿאַקט מיט פּאַפֿירען.

— װואָס פֿאַר אַ פּאַפֿירען טראַגסטו דאָס מיט זיך? — פֿרעגט ער, און רוקט גלײַך אַרײַן די האַנט אין מײַן בוזים-קעשענע.

די פּאַפֿירען זײַנען געװוען פֿון די אונטער-ערדישע שריפֿטען, און דאָס װואָס ער האָט אַרײַנגערוקט די האַנט, האָט מיך אזױי אָנגעצונדען, אַז איך האָב איהם געגעבען אַ זעץ איבער דער האַנט און איהם אָפּגעשטופֿט פֿון זיך.

— מען קריכט ניט מיט קײן האַנט אין פֿרעמדע קעשענעס! — האָב איך געזאָגט מיט כעס.

דער קרוב האָט איראָניש געלאַכט פֿון מיר, און די מאַמע האָט געמאַכט אַ מינע פֿון אונצופֿרידענהייט װואָס איך בין אזױי אונהעפֿליך.

— װואָס דען, מאַמע, עס איז שעהן, אַז מען קריכט צום אַנדערען אין די קעשענעס? — האָב איך געזאָגט.

שפּעטער, װוען דער קרוב איז שױין ניט געװוען דערבײַ, זאָגט זי מיט אַ פֿאַרטרױיערטער מינע:

— דו מײַנסט איך פֿאַרשטעה ניט, פֿאַרװואָס דו ביזט געװוארען אזױי אױיסגעבראַכט? מײַנסט איך פֿאַרשטעה ניט, װואָס פֿאַר אַ ביכלעך דו טראַגסט אין די קעשענעס? דו זוכסט דעם אונגליק אױיף דײַן קאָפּ.

איך האָב איהר פֿאַרזיכערט, אַז זי האָט אַ טעות. איך האָב איהר געפּרואוװוט אײַנריידען, אַז איהר חשד האָט קײן פֿונדאַמענט ניט, אָבער מײַנע װוערטער האָבען איהר ניט באַרוהיגט.

דער „פּראָצעס פֿון די 16" האָט זיך גענענדיגט מיט אַן אורטייל פֿון טױיט פֿאַר עטליכע פֿון די גע'משפּט'ע, און קאַ417טאָרגע פֿאַר די איבעריגע. דעם טױיט אורטייל האָט מען פֿאַרביטען אַלגעמיין אױיסער צװויי — קװויאַטקאָװוסקי'ן און פֿרעזניאַקאָװו'ן. זונדעלעװויטש איז געװוען פֿון די, װואָס מען האָט די טױיטשטראָף פֿאַרביטען. מען האָט איהם פֿאַרשיקט אױיף לעבענס-לענגליכער קאַטאָרגע*.

* קװויאַטקאָװוסקי, זונדעלעװויטש און אײַנער מאַראָזאָװו זײַנען געװוען די װואָס האָבען אַרײַנגעבראַכט דעם געדאַנק, אַז מען מוז טױיטען דעם קיסר.

מיט זונדעלעװויטש'עס פּראָצעס און אורטייל האָט מען זיך געשושקעט איבער'ן גאַנצען שטאָדט.

— דו װוילסט אױיך האָבען אזא סוף? — האָט מײַן מוטער צו מיר געזאָגט.

דעם פֿריהמאָרגען װוען מען האָט קװויאַטקאָװוסקי'ן און פֿרעזניאַקאָװו'ן הינגעריכטעט, האָב איך קױם געקענט אײַנזיצען; האָב איך זיך אַריבערכאַפֿט צו סאָקאָלאָװו'ן.

דאָרטען האָב איך געפֿונען אַן „אונלעגאַלען" גאַסט — אַ שעהנעם יונגען מאַן מיט גילדערנע ברילען, װועלכען מען האָט פֿאַר מיר פֿאָרגעשטעלט מיט אַ דײַטשען נאָמען. מיר האָבען געשמועסט װועגען דער הינריכטונג, און װועגען די צװויי קרבנות. דאָ האָב איך זיך דערװואוסט אײַניגע אײַנצעלהייטען װועגען דער דינאַמיט עקספּלאָזיאָן אין דעם קיסר'ס עס-צימער.

קװויאַטקאָװוסקי איז געװוען אײַנער פֿון די הױיפּט-פֿיהרער פֿון די טעראָריסטען, װואָס האָבען געמאַכט די אַטאַקעס אױיף אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען. ער איז אַרײַנגעפֿאַלען אין די הענט פֿון דער פּאָליציי אײַדער יענע עקספּלאָזיאָן איז פֿאָרגעקומען. װוען מען האָט איהם אַרעסטירט, האָט מען בײַ איהם, אױיף אַ שטיקעל פּאַפֿיר, געפֿונען אַ פּלאַן פֿון דעם װוינטער-פּאַלאַץ; און אױיף דעם דאָזיגען פּלאַן, איז מיט אַ בלייַשטיפֿט געװוען אָנגעצייכענט אַ צלם'ל אױיף דעם אָרט װואו ס'האָט זיך געפֿונען דער עס-זאַל. מען האָט אַלזאָ געהיט דעם עס-זאַל, אָבער מען האָט גאָרניט דערהיט. אין דעם קעלער, אונטער דעם 418עס-זאַל, װואו עס האָבען געשלאָפֿען אַרבייטער און אײַניגע זשאַנדאַרען, האָט אַלע נאַכט גענעכטיגט אַ רעװואָלוציאָנער, און קיינער האָט איהם ניט געהאַט דעם קלענגסטען חשד, ביז עס איז פֿאַרגעקומען די עקספּלאָזיאַן און ער איז פֿאַרשװואונדען. װוייטערע אײַנצעלהייטען פֿון דער געשיכטע האָב איך זיך ערשט דערװואוסט שפּעטער, װוען איך בין שױין געװוען אין אַמעריקע.

— מען גרייט זיך צו באַפֿרייען אַ װויכטיגען רעװואָלוציאָנער, — האָט מען מיד בײַ סאָקאָלאָװו'ן פֿאַרטרױיט, — און פֿון װוילנא דאַרף געטאָן װוערען אַ טייל פֿון דער אַרבייט.

עס האָט זיך אַרױיסגעצײיגט, אַז צו דיזען צװועק איז דאָס געקומען דער שעהנער מאַן מיט די גילדערנע ברילען, װועמען מ'סאָקאָלאָװו האָט מיר פֿאָרגעשטעלט מיט אַ דײַטשען נאָמען. דער װויכטיגער רעװואָלוציאָנער איז געפֿאַהרען פֿון דער שװוייץ צוריק קיין רוסלאַנד, און אױיפֿ'ן גרענעץ האָט מען איהם אַרעסטירט. צוערשט האָט די פּאָליציי ניט געװואוסט װואָס פֿאַר אַ װויכטיגען „העכט" זי האָט דאָ אַרײַנגעכאַפּט. מען האָט איהם פֿאַרהאַלטען אײַנפֿאַך װוייל ער האָט קײן פּאַס ניט געהאַט, און מען האָט איהם אַרײַנגעזעצט אין דער אַלגעמיינער סואָװואַלקער טורמע, צוזאַמען מיט בראָדיאַגעס און גנבים. זײַנע חברים האָבען זיך דערװואוסט, און זײַער פּלאַן איז געװוען צו ראַטעװוען איידער מען װועט געװואָהר װוערען װוער ער איז. צו דיזען צװועק איז דאָס דער מאַן מיט די גילדערנע ברילען געקומען קײן װוילנא. פֿון װוילנא האָט ער זיך געקליבען צו פֿאָהרען קײן סואָװואַלק.

צו אַ געװויסער אײַנצעלהייט פֿון דעם פּלאַן איז נױיטיג געװוען אַז אימיצער זאָל קײן סואָװואַלק קומען אַלס אַ אידישער סוחר, און צו דיזער ראָלע האָט זיך געפֿאַסט סטראַשונסקי.

אָבער צוערשט האָט מען געדאַרפֿט האָבען אַ יונגמאַן, װואָס זאָל טױיגען צו דער ראָלע פֿון אַ ישיבה-בחור — צו פֿאָהרען קײן סואָװואַלק און זיך דאָרטען לאָזען אַרעסטירען אַלס פּאַספּאָרטלאָזער. די סואָװואַלקער פּאָליציי װואָלט איהם אַרײַנגעזעצט אין דער אַלגעמיינער טורמע, און דאָרטען װואָלט ער דעם װויכטיגען 419רעװואָלוציאָנער געלאָזט װויסען װוי אזױי זיך צו גרייטען צו דער קאָנספּיראַציע איהם צו באַפֿרייען.

אזא בחור האָבען מיר געפֿונען צװוישען די יונגע לײַט װואָס פֿלעגען אַרײַנקומען צו מענאַקער'ן.

6
דער טױיט פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען. — דער דירעקטאָר זאָגט אונז אָן די נײַעס. — עבאַן פֿאַרפֿאַסט אַ טרױיער-נגון. — די ערשטע צײיטונגס-דעפּעשע.

אַ קורצע צײַט נאָך דעם, װוי מען האָט געהאַנגען קװויאַטקאָװוסקי'ן מיט פּרעסניאַקאָװו'ן, האָבען די רעװואָלוציאָנערער איבעראַשט די װועלט מיט זײַער גרעסטער טעראָריסטישער טאַט: זײי האָבען גע'הרג'עט אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען.

מיר האָבען די נאַכריכט באַקומען אין אינסטיטוט זונטאָג אָװוענט, דעם 1טען מערץ (לױיט'ן אַלטען רוסישען קאַלענדאַר).

איך בין געזעסען איבער דעם מאָרגענדיגען אוראָק פֿון באַטאַניק. מיר האָבען געלערענט אַ נײַעם שוהל-בוך, „גערד'ם באַטאַניק", און לאָזורצאָװו, דער לעהרער פֿון נאַטורװויסענשאַפֿט, האָט אונז אױיפֿגעגעבען איבערצולערנען אַלס אוראָקען פֿון יענעם װוינטער — פֿערציג בלעטער. פֿאַר מיר האָט דאָס געהיײסען ניט איבערלערנען, נאָר לערנען פֿון דאָס נײַע; װוארים איך האָב לאָזורצאָװו'ם אוראָקען דאַן שטאַרק פֿאַרנאַכלעסיגט. מײַן מוח איז געװוען פֿול מיט דער רעװואָלוציאָנערער װועלט און מיט די ביכער פֿון אַברוטשעװו'ם פּראָגראַם, און גערד'ם שוהל-בוך איז זעהר אַ טרוקענער. מיר װואָלט אַלזאָ אױיסגעקומען אין אײן אָװוענד אױיסצולערנען פֿערציג בלעטער, װועלכע זײַנען מיר אין קאָפּ ניט געקראָכען. בין איך געזעסען און געקוקט אױיף דער ערשטער זײיטעל אין פֿאַרצװוייפֿלונג. איך האָב זיך געטראַכט: „װוען עס װואָלט עפּעס נעטראָפֿען, אַז מאָרגען זאָלען קײן אוראָקען ניט זײַן!". און, אזױי װוי דורך אַ נס, איז מײַן װואונש גלײַך דערפֿילט געװוארען: עס איז אַרײַנגעקומען אַ שילער פֿון ערשטען 420קלאַס — אַ הױיכער, שװואַרצער, שטילער בחור, מיט'ן נאָמען נעװולער, און זאָגט מיט זײַן שטילען קול:

— גאָספּאָדאַ, דירעקטאָר װועליט װוסיעם זאַקריט קניזשקי אי װויטי נאַ קאָרידאָר. (מײַנע העררען, דער דירעקטאָר הייסט אַלעמען פֿאַרמאַכען די ביכלעך און אַרױיסגעהן אױיפֿ'ן קאָרידאָר).

מײַן װואונש איז אַלזאָ מקוים געװוארען.

מיר זײַנען אַרױיס אױיפֿ'ן קאָרידאָר — פֿון אַלע פֿיר קלאַסען. באַלד איז פֿון דעם לעהרער-צימער אַרױיסגעקומען דער דירעקטאָר — אַן אױיסגעפּוצטער, אין אַ שװוארצען פֿראַק מיט אַ װוייסע, אָנגעקראָכמאַלטע העמד — אַ הױיכער, אַ פֿעסטער, אַן אינטערעסאַנטער, און רײידענדיג מיט אַ טרױיעריגער שטימע, האָט ער געזאָגט:

— גאָספּאָדאַ, זאַקראַיטיע קניזשקי; זאַװוטרא ניע בודיעט אוראָקאָװו. נאַש גאָסודאַר סקאַראָפּאָסטיזשנאָ סקאָנטשאַלסיא (מײַנע העררען, מאַכט צו די ביכלעך; מאָרגען װועלען קײן אוראָקען ניט זײַן. אונזער קיסר איז פּלוצלינג געשטאָרבען) *.

* דער דירעקטאָר איז אַקוראַט געקומען פֿון טעאַטער. דאָרטען איז די נײַעס אָנגעקומען אין מיטען דער פֿאָרשטעלונג, און מען האָט גלײַך אױיפֿגעהערט צו שפּילען.

די שילער װואָס זײַנען געשטאַנען לעבען מיר האָבען מיר גענומען קניפּען. זײי האָבען געװואוסט, אַז איך בין אײַנער פֿון „יענע", און אין דיזען מאָמענט איז דאָס געװוען זײיער בעסטער װוען מיר אָפּגעצױיגענען מזל-טוב.

דער דירעקטאָר איז אַװועק, און מיר האָבען זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אונזער קלאַס-צימער. אײַניגע שילער פֿון די אנדערע קלאַסען האָבען אױיך געװואָלט אַרײַנגעהן צו אונז װוארים זײי האָבען אױיך חושד געװוען אַז איך געהאַר צו דעם „קרוזשאָק". מײַנע מיטשילער האָבען זײי אַבער ניט אַרײַנגעלאָזען.

װוען מיר זײַנען אַרײַנגעקומען אין אונזער צימער האָט אַ דינער דאָרטען געהאַלטען אין פּוצען די פּאָדלאָגע. דאָס איז געװוען אַ הױיכער, דאָרער קריסט, מיט גרױיסע װואָנצעס, אַ געװועזענער הוסאַר. װוען אײַנער פֿון די שילער האָט איהם געזאָגט, 421אַז דער קיסר איז געשטאָרבען, האָט ער אױיסגעדרעהט דעם קאָפּ צו אונז און אַ ברום געטאָן:

— בילאַ בי באַלאָטאַ, אַ טשערטי בודוט! (זאָל נאָר זײַן אַ באָלאָטאַ, װועלען זיך שױין געפֿינען שדים!), און ער איז אָנגעגאַנגען מיט זײַן אַרבייט.

זײַן באַמערקונג האָט אונז איבעראַשט. איך האָב אין איהר געזעהן אַ באַװוייז, אַז דאָס רוסישע פֿאָלק איז פֿאַרטיג צו אַ רעװואָלוציע. דאָך האָבען מיר פֿאַר איהם ניט געװואָלט ריידען. מיר האָבען געװוארט ביז ער האָט געענדיגט פּוצען די פּאָדלאָגע און איז אַרױיסגעגאַנגען. דאַן האָב איך ערקלעהרט, אַז איך װויל געהן „זעהן אימעצען", און אַלע האָבען מיר פֿאַרגעשלאָגען צו זײַן באַהילפֿיג אין דעם.

עס איז געװוען נאָהענט צו צעהן אוהר, און דער מױיער איז געװוען פֿאַרשלאָסען. דער אײַנציגער װועג אַרױיסצוגעהן איז געװוען דורך אײַנעם פֿון די פֿענסטער פֿון דעם עס-זאַל, װועלכע זײַנען אַרױיסגעקומען אױיפֿ'ן סקװוער. די פֿענסטער זײַנען אָבער געװוען צו הױיך. אַלזאָ האָט אײַנער פֿון די שילער זיך אײַנגעבױיגען, מיר צו דינען אַלס אַ בענקעל. איך בין אַרױיסגעשפּרונגען, און די נאַנצע צײַט װואָס איך האָב זיך געזאַמט, זײַנען מײַנע חברים געשטאַנען אױיף דער װואַך, מיך אַרײַנצונעמען װוען איך װועל קומען צוריק.

איך בין אַריבערגעלאָפֿען אױיף סאָקאָלאָװו'ס קװואַרטיר.

סאָקאָלאָװו איז ניט געװוען אין דער היים. איך האָב דאָרטען געפֿונען צװוייי יונגע לײַט און אַ פֿרײַלין שמואוסענדיג װועגען זאַכען, װועלכע האָבען קײן שייכות ניט געהאַט צו דער גרױיסער נײַעס. פֿון דעם קיסר'ס טױיט האָבען זײי ניט געװואוסט. די מענער זײַנען געװוען קריסטען; די פֿרײַלין — אַ אידישע. פֿון די דריי געדענק איך נאָר קוטשערעװוסקי'ן — אַ הױיכער, אַ געזונטער, זעהר אַ שעהנער מאַלאָראָס, מיט אַ פּנים װואָס האָט אָפֿט גע'שמייכעלט. איך פֿלעג זיך קלעהרהען אַז די רעװואָלוציע אינטערעסירט איהם ניט, אַז ער נעמט איבערהױיפּט קײן זאַך ניט ערנסט. אָבער אַ פֿרײַנד איז ער געװוען, און סאָקאָלאָװו'ן האָט ער ליב געהאַט.

422װוען איך האָב זײי איבערגעגעבען קאַטעלניקאָװו'ס װוערטער, אַז דער קיסר האָט זיך „פּלוצלונג געענדיגט", האָבען זײי אײַנשטימיג אױיסגעדריקט די איבערצײיגונג, אַז דאָס איז אַ „געראַטענע אונטערנעמונג" פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ". קוטשערעװוסקי האָט זיך גענומען װויצלען, װוערהענד די אנדערע צװוייי זײַנען געװוען אױיפֿגערעגט פֿון פֿרייד און נײַגערינקייט.

מיר זײַנען געזעסען, געשמועסט, געפּרואוװוט טרעפֿען אײַנצעלהייטען, פֿאַראױיסזאָגען רעזולטאַטען, און װוען עס האָט זיך געעפֿענט די טיר און עס איז אַרײַנגעפֿאַלען אַ הױיכער שלאַנקער מענש, אַן אונגעדולדיגער, אַ פֿאַרסאָפּעטער, און פֿון אײַלעניש און פֿון צוטראָגענקייט איז ער געפֿאַלען און זיך אױיסגעצױיגען איבער דער פּאָדלאָגע.

דאָס איז געװוען „עלטשיק". ער האָט זיך אױיפֿגעהױיבען און קױם אױיסגערעדט:

— אובילי — נאַקאָניעץ!... (גע'הרג'עט — ענדליך...).

קײן אײַנצעלהייטען האָט ער אַבער אױיך ניט געװואוסט. סאָקאָלאָװו איז ניט געקומען. נאָך אַ פּאָר באַקאַנטע. פֿאַרלױיפֿיג האָט קײנער ניט געװואוסט קײן אײַנצעלהייטען.

איך בין אַװועק צוריק אין אינסטיטוט.

װוען איך בין צוגעקומען צו דער געבײַדע, האָט זיך אױיפֿגעעפֿענט אַ פֿענסטער און מען האָט מיך אַרױיפֿגעהױיבען.

עס איז פֿאַר מיר זעהר ניט אַנגענעהם געװוען צו קומען מיט לײידינגען.

איך האָב זײי איבערגעגעבען די פֿאַרשידענע סברות, װואָס איך האָב געהערט, און איך האָב פֿעסט ערקלעהרט, אַז „פּלוצלונג געשטאָרבען" הייסט גע'הרג'עט געװוארען פֿון אַן עקספּלאָזיאָן.

מאָרגען, גאַנץ פֿריה, כמעט פֿאַרטאָג, איז צו אונז געקומען עבאַן און האָט גענומען אײַנשטודירען מיט אונז אַ „פּאַניכידאַ" נאָך דעם געשטאָרבענעם קיסר. דעם נגון האָט ער אַקוראַט פֿאַרפֿאַסט — זעהר ניט קײן געראַטענע שטיקעל אַרבייט.

מען האָט אונז אָנגעטאָן „טרױיער" אױיף די אַרבעל, און מען האָט אונז געפֿיהרט אין דער גרױיסער שוהל, צו אַ „אל 423מלא רחמים" נאָכ'ן קיסר. עבאַן איז אױיך געקומען, און ער האָט מיט אונז געזונגען זײַן „פּאַניכידאַ".

אין שוהל האָט מען אױיך געבראַכט אַלע אידישע שילער פֿון די גימנאַזיעס, און פֿון דער רעאַל-שוהל. געהענדיג דורכ'ן שוהל-הױיף, האָב איך זיך באַגעגענט מיט צװוייי גימנאַזיסטען, װועלכע האָבען געהערט צו אונזער קרוזשאָק. האָבען מיר געמאַכט שפּאַס פֿון אונזער „טרױיער".

יענעם טאָג האָט די טעגליכע צײיטונג „װוילענסקי װועסטניק" ענטהאַלטען אַ דעפּעשע פֿון פּעטערסבורג מיט די פֿאָלגענדע אײַנצעלהייטען:

דער צאַר איז געפֿאַהרען פֿון זײַן װוינטער פּאַלאַץ אין דעם מאַנעזש (רײיט-שוהל). ער איז געפֿאַהרען דורך קאַטהערינער קאַנאַל. פּלוצלונג איז געפֿאַלען אַ באָמבע. זי האָט צושמעטערט די קאַרעטע, און פֿאַרװואונדעט אַ פּאָר פֿאַרבײַגעהער, אַבער דעם קיסר האָט זי ניט געשעדיגט. ער איז אַרױיסגעקומען און געזעהן אַ גרופּע מענטשען האַלטען אַ יונגענמאַן, אַנגעטאָן װוי אַ „דװואָרניק" (האָוזקיפּער). ניט װוייט דערבײַ זײַנען געלעגען אַ פּאָר פֿאַרװואונדעטע מענטשען. דער קיסר איז צוגעגאַנגען נאָהענטער און געפֿרעגט דעם יונגענמאַן װוי מען רופֿט איהם. יענער האָט געענטפֿערט (מיט אַ פֿאַלשען נאָמען).

עס איז צוגעגלאָפֿען אַן אָפֿיציר און געפֿרעגט דעם קיסר:

— װוי פֿיהלט איהר זיך, מאַיעסטעט?

אױיף דעם האָט ער געענטפֿערט:

איך בין, גאָט צו דאַנקען, געזונט, אָבער זעהט! (ער האָט אָנגעװויזען אױיף די פֿאַרװואונדעטע).

דער אַרעסטירטער האָט דערבײַ באַמערקט:

— אײַלט זיך נאָך ניט צו דאַנקען גאָט!

(איך געדענק ניט באַשטיממט צי דער לעצטער פֿאַקט איז געװוען געמעלדעט יענעם טאָג אָדער שפּעטער).

דער קיסר האָט זיך אָפּגעקעהרט פֿון איהם און גענומען גײן צוריק צו דער קאַרעטע. ער איז אָפּגעגאַנגען אַ פּאָר טריט, און עס איז פֿאַרגעקומען אַ צװוייטע עקספּלאָזיאָן. דער קיסר איז אײַנגעװויקעלט געװוארען אין רױיך און איז געפֿאַלען שטראַ424מענדיג מיט בלוט. די צװוייטע באָמבע האָט איהם אָפּגעריסען די פֿיס. ער האָט געשריען:

— אהיים!... אהיים!... שטאַרבען! עס איז מיר קאַלט!... עס איז מיר קאַלט!

אין עטליכע שטונדען ארום איז ער געװוען טױיט.

פֿון דער צװוייטער באָמבע זײַנען נאָך אַ פּאָר מענשען געשעדיגט געװוארען. אַלע פֿאַרװואונדעטע האָט מען פֿאַרלױיפֿיג אַרײַנגענומען אין אַ דערבײַאיגען שטאַל און מען האָט זײי גענומען פֿרעגען װוער זײי זײַנען. אַ שװוער-פֿאַרװואונדעטער יונגערמאַן האָט זיך ענטזאָגט צו זאַגען זײַן נאָמען. און דעמזעלבען טאָג איז ער געשטאָרבען.

7
ביסלעכװוייז װוערען באַקאַנט די אײַנצעלהייטען. — אַ רעװואָלוציע ? — דער אײַנדרוק „אין שטאָדט" און אין אינסטיטוט.

געװועהנליך פֿלעגט די צענזור װוענען רעװואָלוציאָנערען ערלױיבען צו שרײַבען נאָר גאַנץ בקצור. אין באַצוג אָבער צו דעם צאַר'ס טױיט האָט זי אָן דיזער שטרענגקייט פֿאַרגעסען. די צײיטונגען האָבען געדרוקט אַלע אײַנצעלהייטען, אײַן סענסאַציע נאָך אַנדערער. אײַנע פֿון די ערשטע איבעראַשונגען איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:

אין אַ קראָם פֿון קעז, אױיף דער קלײן-סאַדאָװוער גאַס, האָט מען געפֿונען אַ מינע. פֿון אונטער דער קראָם, האָט זיך געצױיגען דאָרטען ביז'ן מיטען גאַס, און דאָרטען, אונטער דער ערד, האָט זיך געפֿונען אַן עלעקטרישע מאַשין מיט דינאַמיט. אַלע איז געװוען צוגעגרייט אױיפֿצורײַסען די גאַס. די קראָם האָט געהאַלטען אַ פּאָר-פֿאָלק מיט'ן נאָמען קאָבאָזעװו.

דער קיסר פֿלעגט אַלע װוינטאָג פֿאָהרען אין דער רײיט-שוהל. אַבער פֿון זײַן װוינטער פּאַלאַץ אַהין זײַנען געװוען צװוייי װועגען: אײַנער דורך דער קלײן-סאַדאָװוער גאַס, דער אַנדערער — דורך 425דעם יעקאַטערינינסקי קאַנאַל. און ער פֿלעגט אַמאָל פֿאָהרען מיט דעם ערשטען װועג און אַמאָל מיט דעם צװוייטען. װוען ער װואָלט דיזען זונטאָג געפֿאָהרען דורך דער קלײן-סאַדאָװוער גאַס, װואָלט ער דאָ אױיפֿגעריסען געװוארען. ער איז אָבער געפֿאָהרען מיט דעם קאַטהערינער קאַנאַל, און דאָרטען האָבען אױיף איהם געװוארט די רעװואָלוציאָנערען מיט די באָמבעס. מען האָט זיך צוגעגרייט, אַז אױיף װואָסער װועג ער זאָל ניט פֿאָהרען, זאָל ער געטױיטעט װוערען.

עס האָט זיך אַרױיסגעצײיגט, אַז מיט אַ געװויסער צײַט פֿאַר דעם ערשטען מערץ האָט דער דװואָרניק פֿון דער הױיז אױיף סאַדאָװוער גאַס געמעלדעט דער פּאָליציי, אַז די קאָבאָזעװוס פּאָר-פֿאָלק, װועלכע האַלט די קעז-קרעמעל, איז איהם עפּעס פֿאַרדעכטיג.

זײי האָבען געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון גאַנץ פּראָסטע מענשען. אַזױי זײַנען זײי געװוען געקליידעט, און אַזױי האָבען זײי גערעדט און געהאַלטען זיך. אָבער, ערשטענס, האָט די פֿרױ גערױיכערט פּאַפּיראָסען, און דאָס איז פֿאַר אַ פּראָסטער פֿרױ געװוען אַ גאַנץ אונגעװועהנליכע זאַך. צװוייטענס, זײַנען צו זײי אײַנגעגאַנגען יונגע לײַט, װועלכע האָבען אױיסגעזעהען װוי סטודענטען.

יעדער דװואָרניק פֿון פּעטערסבורג האָט דער פּאָליציי געדינט אַלס אַ שפּיאָן; אַלזאָ, האָט דער דאָזיגער דװואָרניק געהאַט אַן אױיג אױיף דער קעז-קרעמעל. אײַנמאָל, אין אַן אָװוענד, האָט ער קאָבאָזעװו'ן געפֿרעגט װוי עס געהט דער געשעפֿט.

— ניט צו פֿאַרזינדיגען; הײַנט געלײַזט שעהנע עטליכע רובעל, — האָט קאָבאָזעװו געענטפֿערט.

דער דװואָרניק האָט אַ גאַנצען טאָג געקוקט און געצײילט װויפֿיל קאָבאָזעװוס לײַם, און ער האָט געװואוסט, אַז ער האָט אײַנגענומען װוייניגער װוי אַ רובעל. דאָס אַלע האָט ער געלאָזט װויסען דער פּאָליציי. און מען האָט ענדליך באַשלאָסען צו מאַכען אַן אונטערזוכונג. מען האָט אַװועקגעשיקט אַ װויכטיגען באַאַמטען פֿון דער געזונטהייטס-אָפּטיילונג פֿון דער שטאָדט-רעגירונג, כלומרשט צו זעהן אױיב די הױיז ליידט ניט פֿון 426פֿייכטיגקייט. קאָבאָזעװו האָט איהם אױיפֿגענומען מיט דער געװועהנליכער רוסישער גאַסט-פֿרײַנדליכקייט, האָט איהם געבעטען זיצען און איהם מכבד געװוען מיט אַ שנעפּסעל. דער באַאַמטער האָט אַלץ באַקוקט, און דערנאָך האָט ער באַריכטעט, אַז עס איז ניטאָ קײן אורזאַכעס די קאָבאָזעװוס חושד צו זײַן. אַלזאָ, האָט מען זײי געלאָזען צו-רוהע.

אזױי מאָרגענס, נאָך דעם װוי דער צאַר איז געשטאָרבען, האָבען די קאָבאָזעװוס זײיער קעז-קרעמעל ניט געעפֿענט. דער דװואָרניק האָט געלאָזט װויסען דער פּאָליציי, און מען האָט אױיפֿגעבראָכען די טהיר. דאַן האָט מען אין דעם צימער הינטער דער קראָם געפֿונען אַ באַרג מיט ערד צוגעדעקט מיט פּאַפֿיר, און אונטער דער סאָפֿא, װואו דער געזונטהייטס-באַאַמטער איז געזעסען, איז אױיך געװוען אַ באַרג ערד און די מױיל פֿון אַ מינע.

דינסטאָג, דעם 15טען מערץ (עס איז געװוען פּורים), האָט מען אונז געפֿיהרט אין סאָבאָר — די װויכטיגסטע רוסישע קירכע אין שטאָדט — שװוערען טרײַהייט צו דעם נײַעם קיסר, אַלעקסאַנדער דעם דריטען. אַהין האָט מען אױיך געבראַכט די שילער פֿון דעם קריסטליכען לעהרער-אינסטיטוט, און אײַנער פֿון זײי, װועלכער פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען צו װואָלאָדיא סאָקאָלאָװו'ן, האָט געשװואָרען מיט מיר צוזאַמען. אָבער אַנשטאָט דערבײַ צו האַלטען דריי צונױיפֿגעלייגטע פֿינגער, האָט ער געהאַלטען אַ פֿיג; האָב איך זיך אזױי צולאַכט, אַז איך האָב געצױיגען די אױיפֿמערקזאַמקייט פֿון די ארומיגע קריסטען. עס איז אָבער אָפּגעגאַנגען גלאַט.

די צײיטונגען האָבען געדרוקט װוייטערע אײַנצעלהייטען:

מיט פֿינף טעג פֿאַר דעם טױיט פֿון אַלעקסאַנדער'ן, דעם 27טען פֿעברואַר, אין אַ אָװוענד, האָט מען אין פּעטערסבורג אַרעסטירט אַ שעהנ-געקליידעטען רעװואָלוציאָנער, מיט'ן נאָמען טריגאַני. בײַ איהם אין שטוב האָט מען געפֿונען אַ הױיכען מאַן, מיט אַ באַרד, װועלכען דער פּראָקוראָר האָט דערקענט אַלס אַנדרעי זשעליאַבאָװו, אַ רעװואָלוציאָנער, מיט װועמען ער האָט שױין אַמאָל געהאַט 427אַן עסק. װוען מען האָט בײַ זשעליאַבאָװו'ן געפֿרעגט װואָס ער טוט אין פּעטערסבורג, האָט ער געענטפֿערט, אַז װועגען דעם װועט ער לאָזען װויסען שפּעטער. מען האָט איהם נאַטירליך אַרעסטירט. אין פֿיער טעג ארום, װוען זשעליאַבאָװו האָט דערהערט אַז דער קיסר איז טױיט, האָט ער געשיקט רופֿען דעם פּראָקוראָר, און װוען יענער איז צו איהם געקומען אין געפֿענגניס, האָט ער איהם ערקלערט, אַז ער, זשעליאַבאָװו, האָט אַנטייל גענומען אין דער קאָנספּיראַציע צו טױיטען דעם צאַר און אַז ער װויל מען זאָל איהם צוטשעפּענען צו דעם פּראָצעס.

עס האָט זיך אַרױיסגעװויזען, אַז זשעליאַבאָװו איז געװוען דער הױיפּט אָנפֿיהרער פֿון דער גאַנצער פֿאַרשװוערונג.

אײַן פֿריהמאָרגען האָבען מיר אין די צײיטונגען געלייענט דאָס פֿאָלגענדע:

פֿון אַ געװויסער קװואַרטיר איז פֿאַרשװואונדען אַ פּאָר-פֿאָלק. װוען די פּאָליציי האָט אױיפֿגעבראָכען די טיר, האָט זי דאָרטען געפֿונען דינאַמיט און רעװואָלוציאָנערע שריפֿטען.

אַ פֿרױ, װואָס האָט אין יענער הױיז געהאַט אַ שניט-קרעמעל, האָט דערצעהלט דאָס פֿאָלגענדע: די פֿאַרשװואונדענע פֿרױ איז פֿון הױיף אַרײַן צו איהר אין קרעמעל, געקױפֿט עטליכע אַרשין בילליגע סחורה און איז אַרױיס, ניט צוריק אין הױיף, נאָר אין גאַס. אזױי װוי די קרעמערקע איהר האָט געזאָגט, אַז זי װואָלט איהר געװויס דערקענען, האָט די פּאָליציי איהר גענומען אױיף אַ דראָזשקע און מען איז מיט איהר ארומגעפֿאָהרען אַ גאַנצען טאָג איבער די געדיכטע גאַסען פֿון פּעטערסבורג. דער געדאַנק איז געװוען, אַז מסתמא װועט די רעװואָלוציאָנערקע זיך גראַד באַװועגען דורך די קאָכעדיגע גאַסען, װואו עס איז שװוערער צו ציהען די אױיפֿמערקזאַמקייט. און אזױי איז טאַקע געװוען. פּלוצלונג האָט די קרעמערקע דערזעהן די פֿאַרשװואונדענע פֿרױ, און אױיף דיזען ארט האָט מען איהר געכאַפֿט.

דאָס איז געװוען סאָפֿיא פּעראָװוסקאַיאַ. זי און זשעליאַבאָװו האָבען דאָס געװואוינט אױיף דער אױיבען-דערמאַנטער קװואַרטיר. װוי עס איז נאַכהער ערקלערט געװוארען, איז זי אַרײַן קױיפֿען די שטיקעל שניט-סחורה אַלס אַ תירוץ, אום דורך דער קראָם 428אַרױיסצוגעהן אױיפֿ'ן גאַס און ניט מוזען געהן דורכ'ן טױיער, װואו עס איז געװוען אַ געפֿאַהר אַז שפּיאָנען היטען דעם פּלאַץ.

באַלד איז אַנאָנסירט געװוארען, אַז דער אמת'ער נאָמען פֿון דעם יונגענמאַן, װואָס האָט געטױיטעט דעם ערשטע באָמבע, איז ריסאַקאָװו; אַז ער איז אַ סטודענט פֿון דעם גאָרני אינסטיטוט (סקול אָװו מײַנס).

ריסאַקאָװו האָט אַלץ אױיסגעזאָגט. דאַן איז די פּאָליציי אַװועק אין אַ געװויסער קװואַרטיר אױיף דער טעלעזשנער גאַס. װוען מען האָט אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, האָט זיך אײַנװוייניג נאָהערט אַ שאַס פֿון אַ פּיסטאָלעט, און דאַן האָט זיך אױיפֿגעעפֿענט אַנאַנדער טיר. עס האָט זיך באַװויזען אַ יונגע אידישע פֿרױ.

— זײַט פֿאָרזיכטיג, דאָ איז פֿאַראָן דינאַמיט — האָט זי געזאָגט.

דאָס איז געװוען די קװואַרטיר, װואו עס זײַנען געמאַכט געװוארען די באָמבעס. אין דעם צימער, װואו עס האָט זיך נאָהערט דער שאַס, האָט מען געפֿונען אַ טױיטען מענשען ליגענדיג אין אַ לוזשע מיט בלוט. דאָס איז געװוען אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען סאַבלין. דער נאָמען פֿון דער אידישער פֿרױ איז געװוען העסיא העלפֿמאַן.

װוי דער שטײיגער איז, האָט די פּאָליציי צוגעגרייט אַ פּאַסטקע. אױיף מאָרגען איז אױיף די טרעפּ אַרױיפֿגעקומען אַ הױיכער, געזונטער יונגער אַרבייטער. מען האָט איהם פֿאַרהאַלטען, און עס האָט זיך אַרױיסגעצײיגט, אַז זײַן נאָמען איז מיכײלאָװו און אַז ער האָט אַ װויכטיגע שייכות צו דער קאָנספּיראַציע. אין עטליכע טעג ארום האָט מען אַרעסטירט קיבאַלטשיטשען, דעם רעװואָלוציאָנער, װועלכער האָט צוגעקלערט דעם אַפּאַראַט פֿון דער באָמבע, און געמאַכט די פֿיער די באָמבעס, מיט װועלכע די טעראָריסטען האָבען געטױיטעט אױיפֿ'ן קיסר דעם ערשטען מערץ.

זשעליאַבאָװו איז געװוען דער הױיפּט קאָמאַנדיר פֿון דער פֿאַרשװוערונג אָבער אזױי װוי ער איז אַרעסטירט געװוארען, האָט פּעראָװוסקאַיא איבערגענומען זײַן ראָלע. זונטאָג, דעם ערשטען 429מערץ, װוען זי האָט זיך איבערצײַגענט אַז דער קיסר פֿאָהרט ניט דורך דער סאַדאָװוער גאַס, האָט זי אױיסגעשטעלט פֿיער רעװואָלוציאָנערען מיט באָמבעס אױיף פֿיער פֿאַרשידענע װוינקלען פֿון דעם קאַטהערינער קאַנאַל — טאָמער טרעפֿט איהם ניט אײַנער, זאָל טרעפֿען אַ צװוייטער, און אױיב מען װועט דערפֿען, איז אַ דריטער און אױיך אַ פֿערטער. מיכײלאָװו איז געװוען דער דריטער פֿון די פֿיער. דער נאָמען פֿון דעם פֿערטען איז די ערשטע צײַט ניט געװוען באַקאַנט (זײַן נאָמען איז געװוען יעמעליאַנאָװו).

דער יונגערמאַן, װואָס איז געשטאָרבען פֿון דער צװוייטער באָמבע, איז טאַקע געװוען דער װואָס האָט די צװוייטע באָמבע געװוארפֿען — אַ פּאָליאַק, מיט'ן נאָמען גרינעװויצקי, פֿון ביאַליסטאָק.

די פּאָליציי האָט געכאַפֿט נאָך אַ רעװואָלוציאָנער. זי האָט אָבער ניט געװואוסט װוער ער איז און װואו ער װואוינט. בײַ איהם אין קעשענע האָט מען געפֿונען אַ שליסעל. האָט מען גענומען אַלע דװואָרניקעס פֿון פּעטערסבורג, יעדער פֿון זײי זאָל באַקוקען איהם און זײַן שליסעל. דער רעזולטאַט איז געװוען, אַז אײַן דװואָרניק האָט איהם דערקענט אַלס זײַנעם אַ קװואַרטיראַנט. ער האָט אױיך דער קװואַרטיר געװויזען מיט אַ שעהנער יונגער פֿרױ, און בײַדע זײַנען פֿאַרשװואונדען. דערנאָך האָט מען זיך דערװואוסט, אַז דער רעװואָלוציאָנער איז איסאַיעװו, און די שעהנע פֿרױ — װוערא פֿיגנער, אַז בײַדע געהערען צו דעם עקזעקוטיװו קאָמיטעט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", און אַז בײַדע זײַנען געװוען פֿאַרבונדען מיט דער גרױיסער קאָנספּיראַציע.

אין אינסטיטוט איז מיר ניט לײַכט געװוען צו קריגען די צײיטונגען, פֿלעג איך לױיפֿען צו סאָקאָלאָװו'ן, און דאָרטען פֿלעג איך לעזען די מאָגערע דעפּעשען אין דעם „װוילענסקי װועסטניק" און פֿאַרשידענע אײַנצעלהייטען אין „גאָלאָס" און „נאָװואָסטי", װואָס פֿלעגען קומען פֿון פּעטערסבורג אױיפֿ'ן צװוייטען אָדער זאָגאַר אױיפֿ'ן דריטען טאָג.

430סאָקאָלאָװו און נאָך אַ פּאָר פֿון די חברים האָבען געזאָגט, אַז איצט װועט זיך אָנהױיבען אַ רעװואָלוציע. זײי האָבען דאָס אָבער אַרױיסגערעדט אָהן אײַבערצײַגונג, אזױי װוי פֿון יוצא װועגען.

אין שטאָדט איז אַלץ אַנגעגאַנגען װוי געװועהנליך. די פּאָליציי איז ניט געװוארען אױיף אַ האָר שטרענגער װוי פֿריהער. די פּאָליציי איז געגאַנגען, געפֿאָהרען, געהאַנדעלט, געדרונגען זיך, געקריגט זיך אַלץ װוי געװוען. אזױי װוי דאָס װואָס מען האָט אין מיטען גאַס דער'הרג'עט דעם קיסר, װואָלט געװוען אײַנע פֿון די פּאַסירונגען פֿון דעם טעגליכען לעבען. און װוען מען זאָל אַלע טאָג הרג'ענען אנאַנדער קיסר, װואָלט די אױיך געגאַנגען אױיף איהר געװועהנליכען שטײיגער — אזא אײַנדרוק האָט דאָס געמאַכט.

איך האָב זיך געװואונדערט, איך בין געװוען ענטוישט. איך האָב געפֿרעגט בײַ סאָקאָלאָװו'ן, אָבער דיזער גילדערנער מענש איז ניט געװוען קײן גרױיסער דענקער, און אַלץ װואָס ער האָט מיר געענטפֿערט איז געװוען:

— האָב גדולה, קאַהאַנטשיק! מען מוז האָבען געדולד! האָסטו זיך געריכט אַז אַלעקסאַנדער װועט אזױי גיך פֿאַלען? װואָס װוייסטו, װואָס מען גרייט דאָרטען צו אין דעם צענטער? *

* אין אױיסלאַנד האָט מען ערװוארטעט גרױיסע געשעהענישען, הױיפּטזעכליך אין אַמעריקא. דער „ניו יאָרק העראַלד" האָט זאָגאַר אַװועקגעשיקט אַ ספּעציעלען קאָרעספּאָנדענט אין פּעטערסבורג, צו זײַן אױיפֿ'ן פּלאַץ װוען די רעװואָלוציע װועט אױיסברעכען.

מיט'ן „צענטער" האָט ער געמיינט דעם געהיימניספֿולען עקזעקוטיװו קאָמיטעט פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ". ער פֿלעגט דעם װוערט אױיסריידען װוי אַ חסיד רעדט אױיס דעם נאָמען פֿון זײַן רבי'ן.

אין אינסטיטוט האָבען זיך פֿילע פֿון די שילער מיט די סענסאַציאָנעלע נײַעס אינטערעסירט, אָבער מײַסטענס נאָר װוי מיט סענסאַציעס. און פֿילע זאָגאַר אזױי אױיך ניט. די פֿליסיגע, די „זוברילעס", האָבען „געזוברעװועט" די אוראָקען, און די פּעטערסבורגער ערײיגניסע זײַנען זײי אין דער לינקער פּאה ניט געלעגען.

431סטאַטשיק און נאָך אַ פּאָר זײַנען געװוען אױיסנאַהמען, און מיר פֿלעגען אָפֿט שטעהן און זיך שושקענען װועגען די פּעטערסבורגער פּאַסירונגען.

8
דער יונגער מאַן מיט די גילדערנע ברילען װוערט אַרעסטירט. — אַ דאַמע פֿאַרשװוינדט פֿון אַ האָטעל.

אײַנמאָל, עטליכע טעג נאָך דעם טױיט פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען, האָט יאַקאָבאָװוסקי, דער אינסטיטוטשיק, װואָס האָט געשפּילט פֿידעל און געטױיגט צו אַלץ, געבראַכט פֿון „שטאָדט" צװוייי נײַעסען: אין דעם האָטעל „דאַגמאַרא" האָט מען אַרעסטירט אַ רעװואָלוציאָנער, און פֿון נאָטהאַנזאָן'ס האָטעל, אױיף טײַטשע גאַס, איז פֿאַרשװואונדען געװוארען אַ דאַמע, איבערלאָזענדיג אַ פֿאַספּאָרט און אַ פּאָר זיך. יאַקאָבאָװוסקי'ן איז אױיסגעקומען צו זײַן אױיפֿ'ן װואָקזאַל, און דאָרטען האָט ער געזעהן װוי צװויי זשאַנדאַרען פֿיהרען דעם רעװואָלוציאָנער. ער האָט פֿאַרגעשטעלט װוי אײַן זשאַנדאַר איז געגאַנגען פֿאָראױיס, און דער צװוייטער פֿון הינטען, און צװוישען זײי דער אַרעסטירטער, מיט אַ צונױיפֿגעלייגטען פֿלעדער (פּאַטשיילע) אונטער'ן ארעם.

איך בין אַריבערגעלאָפֿען צו סאָקאָלאָװו'ן און דאָרטען האָב איך זיך דערװואוסט דאָס פֿאָלגענדע:

דער אַרעסטירטער איז קײן אנדערער װוי דער שעהנער יונגער מאַן מיט די גילדערנע ברילען; זײַן אמת'ער נאָמען איז סערפֿינסקי און ער איז אַ איד. ער איז שױין אַמאָל געװוען פֿאַרשיקט און איז אנטלאָפֿען.

אױיך האָב איך זיך דערװואוסט, אַז די פֿאַרשװואונדענע דאַמע באַהאַלט זיך אױיף אונזער פּאַהאָליאַנקער קװואַרטיר, און אַז איהר באַהאַלטען זיך האָט אַ שייכות צו סערפֿינסקי'ס אַרעסט.

זי האָט אַנטייל גענומען אין דער סאָקאָלאָװוסקער קאָנספּיראַציע, אָבער דער פּלאַן האָט זיך ניט אײַנגעגעבען. װוען מען האָט אונזער „ישיבה בחור" אַרײַנגעזעצט אין דער סואָװואַלקער טורמע, 432איז דער רעװואָלוציאָנער שױין דאָרטען ניט געװוען. די זשאַנדאַרען האָבען זיך דערװואוסט װוער ער איז און מען האָט איהם אַװועקגעפֿיהרט קײן פּעטערסבורג.

דאָס איז געװוען ניקאָלאַי מאָראָזאָװו, דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם געדיכט װועגען די „דריי קעניג'ם". װוי שױין דערמאָנט, האָט ער, קװויאַטקאָװוסקי און זונדעלעװויטש אַרײַנגעבראַכט דעם געדאַנק װועגען טױיטען דעם קיסר. ער האָט אַלײן אױיך אַנטייל גענומען אין די אַטענטאַטען.

און די דאַמע, װואָס איז פֿאַרשװואונדען געװוארען פֿון נאָטהאַנזאָן'ס האָטעל און האָט זיך איצט באַהאַלטען אױיף דער פּאַהאָליאַנקער קװואַרטיר, איז געװוען זײַן פֿרױ, אָלגאַ ליובאַטאָװויטש.

װוען דער פּלאַן איז דורכגעפֿאַלען צו באַפֿרײַען סערפֿינסקי'ן, האָט זי און סערפֿינסקי זיך אומגעקעהרט קײן װוילנא, אום פֿון דאָרטען דערנאָך צו פֿאָהרען קײן פּעטערסבורג. אױיפֿ'ן װועג סערפֿינסקי האָט דאָרטען באַמערקט אַז אַ שפּיאָן שלעפּט זיך נאָך איהם נאָך. ער האָט געהאָפֿט זיך אַרױיסצודרעהען פֿון איהם. עס האָט זיך איהם אָבער ניט אײַנגעגעבען. און װוען מען האָט איהם ארעסטירט (אין דעם האָטעל דאַגמאַרא), איז זי אױיך געװוען אין געפֿאַהר. דעריבער איז זי דאָס פֿאַרשװואונדען. אױיך פּאַהאָליאַנקא איז זי לאַנג ניט געבליבען. זי איז באַלד אַװועקגעפֿאָהרען קײן פּעטערסבורג.

9
דער גרױיסער פּראָצעס. — די הינריכטונג.

עס האָט זיך אָנגעהױיבען דער פּראָצעס איבער די טעראָריסטען, װואָס האָבען געטױיטעט דעם קיסר. די פּעטערסבורגער צײיטונגען האָבען געדרוקט באַריכטען מיט אַלע אײַנצעלהייטען, און איך האָב געשלונגען יעדען װוארט.

דער געריכט האָט יעדען פֿון די אַנגעקלאָגטע געגעבען אַן אַדװואָקאַט, אָבער אזױי װוי זײי האָבען ניט געלייקענט און האָבען זיך געהאַלטען פֿעסט און שטאָלץ — אַלע אױיסער ריסאַקאָװו'ן — האָבען די אַדװואָקאַטען געהאַט װוייניג װואָס צו טאָן. זשעליאַבאָװו אָבער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַדװואָקאַט אױיך, ריכ433טיגער געזאָגט — פֿון דעם װוארט-פֿיהרער פֿאַר דער גרופּע אַנגעקלאַגטע. דאָס איז אײַגענטליך געװוען זײַן צװועק, װוען ער האָט דעם פּראָקוראָר אױיסגעזאָגט װואָס פֿאַר אַ ראָלע ער האָט געשפּילט אין דער קאָנספּיראַציע. אָהן איהם װואָלט דער פּראָצעס געװוען „צו-בלאַס", װוי פּעראָװוסקאַיא זיך אױיסגעדריקט. ער האָט די עדות און די ריכטער געשטעלט קשיות, אױיף װועלכע עס איז זײי ניט אימער געװוען לײַכט צו ענטפֿערען. צום בײַשפּיל:

מען האָט פֿאַרגעלעזען אױיסזאָגונגען, װואָס די רעגירונג האָט אױיסגענאַרט בײַ אַן ארעסטירטען רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען גאָלדענבערג, װועלכער האָט אין 1878 דערשאָסען דעם כאַרקאָװוער גובערנאַטאָר. גאָלדענבערג האָט אױיסגעזאָגט אַלץ װואָס ער האָט געװואוסט. און װוען ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז דער פּראָקוראָר האָט איהם אַרײַנגענאַרט אין זאַק אַרײַן, האָט ער זיך אין זײַן געפֿענגניש-קעמערעל אױיפֿגעהאַנגען. װועגען דעם איז ניט געװוען באַריכטעט. זשעליאַבאָװו האָט אָבער פֿון דעם געװואוסט. אַלזאָ, האָט ער, לױיט די פּרינציפּען פֿון יוריספּרודענץ, געפֿאָדערט אַז די רעגירונג זאָל געבען אַן ערקלעהרונג װוארום גאָלדענבערג, דער עדות, איז ניט אימשטאַנד צו קומען אין געריכט. די ריכטער זײַנען געװוען אין אַ פֿאַרלעגענהייט. זײי האָבען געמוזט אונטערברעכען די זיצונג און זיך באַראַטען װואָס איהם צו ענטפֿערען. און דער ענטפֿער זײַערער איז געװוען, אַז זשעליאַבאָװו'ס פֿאָדערונג דאַרף ניט ערפֿילט װוערען.

מיט די פֿראַגען װואָס זשעליאַבאָװו האָט געשטעלט, מיט אײַניגע אױיסדריקע, װואָס ער האָט געברױיכט, און מיט זײַן גאַנצען האַלטען זיך בײַם פּראָצעס, האָט ער געמאַכט אַ מערקװוירדיגען אײַנדרוק. דער יונגער דור האָט איהם פֿאַרגעטערט.

איך האָב יענע טעג אַבסאָלוט ניט געלערענט מײַנע אוראָקען, און איך האָב קײן געװוילד ניט געהאַט צו זײַן אין אינסטיטוט. איך פֿלעג יעדען טאָג, און אָפֿט צװויי מאָל אַ טאָג, זיך אַרױיס'גנב'ענען און אַריבערלױיפֿען צו סאָקאָלאָװו'ן. עס זײַנען אָנגעקומען פּראָקלאַמאַציעס פֿון דער פּארטיי „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ" און אױיך פֿון דער פּארטיי „טשאַרני פּערעדיעל". אַ געװויסע 434צאָל פֿון זײי האָבען מיר צעװואָרפֿען איבער די גאַסען, און אַ געװויסע צאָל האָבען מיר צוטיילט — יעדער צװוישען זײַנע באַקאַנטע.

עס איז געקומען דער טױיט-אורטייל, און גלײַך נאָך דעם די נאַכריכט, אַז די אידישע פֿרױ העסיא העלפֿמאַן װועט מען איצט ניט הענגען, װוייל זי שװואַנגערט (איהר מאַן איז געװוען אַ רעװואָלוציאָנער, מיט'ן נאָמען קאָלאָטקעװויטש).

די הינריכטונג איז פֿאָרגעקומען דעם 16טען אַפּריל (1881). די באַשרײַבונג פֿון דער סצענע האָט מיך אײַנגאַנצען צובראָכען. זשעליאַבאָװו, קיבאַלטשיטש, פּעראָװוסקאַיא, מיכײלאָװו און ריסאַקאָװו — זײַערע לעצטע מינוטען אונטער דער תליה און אױיף דער תליה, װוי אזױי יעדער פֿון זײי האָט געענדיגט זײַן לעבען — האָבען ניט אָפּגעטראָטען פֿון מײַן מוח. הױיפּטזעכליך װוי אזױי קיבאַלטשיטש איז געשטאָרבען. װוען עס איז געשטאַנען אין דעם באַריכט, אַז ער, מיט דער שטריק צוזאַמען, האָט זיך עטליכע מאָל געדרעהט אין דער לופֿטען, ביז ער איז געבליבען הענגען אַ טױיטער. די דאָזיגע סצענע האָב איך אין פֿאַרלױיף פֿון עטליכע טעג בוכשטעבליך ניט אױיפֿגעהערט צו זעהן פֿאַר בײַ אױיגען.

10
דער ערשטער פּאָגראָם.

אַ קורצע צײַט נאָך דעם, װוי דער קיסר איז געפֿאַלען פֿון דער רעװואָלוציאָנערער באָמבע, האָט אין עליסאַװועטגראַד אױיסגעבראַכען אַ פּאָגראָם אױיף אידען. אין די רוסיש-אידישע װואָכענ-בלעטער זײַנען דערנאָך געװוען געדרוקט אַ סך אײַנצעלהייטען און פֿאַרשידענע אַרטיקלען. בײַ אידען האָט די דאָזיגע געשיכטע געמאַכט אַ גרױיסען רושם.

דאָס איז געװוען דער אָנהױיב פֿון יענער רייהע פּאָגראָמען, װועלכע האָבען געפֿיהרט צו דעם אָנפֿאַנג פֿון דער גרױיסער אידישער אױיסװואַנדערונג קײן אַמעריקא. דאַן האָט קײנער ניט געקענט פֿאָראױיסזעהן צו װואָסערע געשעהענישען דער עליסאַװועט435גראַדער איבערפֿאַל װועט דינען אַלס הקדמה, ער האָט אָבער געמאַכט אַן אונגעהײַיערען אײַנדרוק אָן און פֿאַר זיך. איך מוז אָבער מודה זײַן, אַז מיר און די אנדערע אידישע מיטגלידער פֿון אונזער קרוזשאָק האָט די געשיכטע גאַנץ װוייניג אינטערעסירט.

מיר האָבען זיך געהאַלטען „פֿאַר מענשען, ניט פֿאַר אידען". אידישע אינטערעסען האָבען אונז ניט אפֿעלירט. צו אלע צרות פֿון דער װועלט איז פֿאַראַן אײן רפֿואה, און נאָר אײַנע: סאָציאַליזם. דאָס איז געװוען דער כלל פֿון כלל פֿון אלע כללים בײַ אונז.

זאָגען אַז דער פּאָגראָם האָט אונז ניט אינטערעסירט, איז װוייניג. װוי מיר װועלען זעהן, איז אונזער זינלאָזע באַציהונג צו די פּאָגראָם-קרבנות געגאַנגען װוייטער.

11
איך ענדיג דעם אינסטיטוט. — אַ רייזע קײן סװוענציאַן און מאַלאַט.

עס איז געקומען נאָהענט צו די עקזאַמענס. פֿאַר מיר איז דאָס געװוען דער לעצטער עקזאַמען. איך האָב בעדאַרפֿט באַקומען אַן אַטעסטאַט און אַ לעהרער-שטעלע. איך האָב אָבער צו די לעהרער-ביכער ניט געהאַט קײן גדולה. איך בין געװוען אין אַ ריזיקע דורכצופֿאַלען, און דאָס האָב איך ניט געװואָלט; האָב איך זיך אַנגעטאָן אַ כח און געלערענט. בוכשטעבליך טאָג און נאַכט האָב איך געאַרבייט. מיר האָט ניט אינטערעסירט װואָס פֿאַר „אַטמיעטקעס" איך װועל באַקומען. זאָל זײַן נאָר 3-ען, אַבי אױיסהאַלטען, באַקומען אַ דיפּלאָם און אַ שטעלע און װוערען אַ זעלבסטשטענדיגער מענש.

איך האָב אױיסגעהאַלטען אױיף 3-ען.

נאָך דעם אַטעסטאַט האָט מען בעדאַרפֿט געהן צום דירעקטאָר. איך בין אַריין צו איהם, און ער האָט מיר איהם געגעבען—אַ צוזאַמענגעראָלטען פּאַפּיר — אָהן צערעמאָניעס. בײַ מיר איז 436דאָס געװוען אַ גרױיסע פֿאַסירונג! פֿאַרט פֿיר יאָהר אָפּגעאַרבייט! בײַ איהם איז דאָס אָבער קײן יום טוב ניט געװוען. און קײן צופֿיל ליבע צו אידען האָט ער אױיך ניט געהאַט; האָט ער מיר דערלאַנגט דעם דאָקומענט אזױי װוי אױיף פּאַסט דערלאַנגט מען אײַך אַ בריף. קײן פֿריינדליכען װוארט דערבײַ ניט געזאָגט. דאָס האָט מיך פֿאַרדראָסען.

— אױ אַ מערדער! — האָב איך זיך געקלעהרט, געהענדיג איבער'ן גרױיסען הױיף — קײן פֿונק געפֿיהל האָט דאָס ניט.

און גלײַך האָב איך זיך אַנגע'מוסר'ט:

— אַ שעהנער סאָציאַליסט ביזטו, אַז דו אינטערעסירסט זיך מיט אזעלכע זאַכען!

בײַם ענדיגען אינסטיטוט האָט מען בײַ דעם שילער איבערגעלאָזען זײַן שװואַרצען קאַסטים און מען האָט איהם געגעבען צװויי װועש און 60 רובעל מזומן. אביסעל געלט האָב איך געהאַט פֿון מײַנע פּריװואַטע אוראָקען. אַלזאָ, האָב איך לכבוד מײַן ענדיגען זיך געלאָזט מאַכען אַ קאַסטים פֿון גרױיליכע װוארע—אַ לאַנגען ראַק מיט הױיזען, װועלכע זײַנען אונטען געװוען זעהר ברייט, נאָך דער דאַמאָלסדיגער מאָדע נאָך; און איך האָב זיך געקױיפֿט אַ שטרױיענע הוט און אַ נײַעם זומער-שירעם. מײַן מאַמע האָט געזאָגט, אַז איך בין „אַ גאַנצער פּריץ" און געקװועלט קוקענדיג אױיף מיר.

מען האָט באַשלאָסען צו גרינדען אַ נײַע אונטערערדישע דרוקערײַ אין מינסק. דערצו האָט מען געדאַרפֿט האָבען אַ מאַן, װואָס זאָל דינגען די קװוארטיר און אין איהר שפּילען די ראָלע פֿון באַלעבאָס, און דער אױיסװואַהל איז געפֿאַלען אױיף גראַזש'ען, װועלכען איך האָב אױיבען דערמאַנט אַלס אַ באַקאַנטען פֿון שואל באַדאַנעס. ער האָט געװואוינט אין מאַלאַט, אַ שטעדטעלע בײַ זעקס מײל פֿון װוילנא.

מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער האָט גראַזש און אַ אידישער רעװואָלוציאָנער, מיט'ן נאָמען יאָסעלעװויטש, באַפֿרײַט אַן אָפֿיצער פֿון דעם „פֿערצעהנטען נומער" — אַ טורמע, װואו מען האָט 437געהאַלטען פּאָליטישע ארעסטירטע. זײי האָבען דעם אָפֿיצער פֿאַרשטעלט אַלס פֿרױי און איהם געגעבען גראַזש'ס אייניקעלע אױיפֿ'ן שויס. גראַזש איז ניט געװוען קײן פֿײַגלינג, און ער איז בערייט געװוען צו טאָן װואָס מען דאַרף פֿאַר דער רעװואָלוציע.

מיר האָט מען פֿאַרגעלייגט צו פֿאַהרען צו גראַזש'ן און איהם פֿאָרשלאָגען די ראָלע. און איך האָב די אױיפֿגאַבע אָנגענומען מיט פֿרייד.

די דרוקערײַ האָט געזאָלט געגרינדעט װוערען פֿון דער פּארטיי „טשאַרני פּערעדיעל". דאָס הייסט אָבער ניט, אַז איך האָב געהערט דוקא צו דיזער פּארטיי און ניט צו דער „נאַראָדנאַיא װואָליא". דער אמת איז, אַז איך האָב ניט קלאָהר פֿאַרשטאַנען דעם אונטערשיד צװוישען די צװויי פּארטיען. טעאָרעטיש האָב איך דאָס יאָ פֿאַרשטאַנען — מעהר אָדער װוייניגער — אָבער װוען עס פֿלעגט קומען צו פּראַקטישע אײנצעלהייטען, איז בײַ מיר געװוען אַ טומאַ אין קאָפ. די צװויי אָרגאַניזאַציעס זײַנען געװוען אין פֿריינדליכע באַציהונגען, און מיר איז געװוען אַלץ אײנס — צי די, צי די.

דאָס זעלבע איז אױיך געװוען מיט אונזער קרוזשאָק אַלס אַ גאַנצען. ער האָט סימפּאַטיזירט מיט ביידע פּארטיען. די „נאַראָדנאַיא װואָליא" איז געװוען די טעטיגערע און זי האָט זיך געלאָזט הערען אַ סך מעהרער; האָט זי דעם קרוזשאָק אינטערעסירט אַ סך מעהר. סימפּאַטיזירט אָבער האָט ער מיט ביידען.

עס זײַנען געװוען מיטגלידער, װואָס האָבען געהאַט אמת'ע איבערצײַגונגען אין דיזער באַציהונג. זײיער צאָל איז אָבער געװוען קלײן. עס זײַנען אױיך געװוען אזעלכע, װואָס האָבען פֿאָרטענדירט צו זײַן איבערצײַגטע „נאַראָדנאָװואָליצעס" אָדער „טשאַרני פּערעדיעלצעס", נאָר פֿון מאָדע װועגען. איך האָב קײן פֿאַלשע אַנשטעלען ניט געמאַכט. איך בין געװוען זעהר װוייניג ענטװויקעלט צו האָבען אַ באַשטימטע מיינונג אין אזעלכע זאַכען, און איך האָב דאָס פֿון קײנעם ניט פֿאַרבאָרגען. װוען מען פֿלעגט דעבאַטירען װועגען פּארטיי פֿראַגען, פֿלעג איך זיך צוהערען מיט 438דער גרעסטער אױיפֿמערקזאַמקייט. קלעהרער איז מיר פֿון אזעלכע דעבאַטען אָבער קײן מאָל ניט געװוארען.

געפֿאָהרען בין איך צוערשט אין סװוענציאַן, װוילנער גובערניע, װואו עס האָט געװואוינט מײַנער אַ קלאַס-חבר מיט'ן נאָמען פּאַליאַק. איך האָב מיטגעבראַכט רעװואָלוציאָנערע שריפֿטען. פּאַליאַק האָט צוזאַמענגענומען עטליכע פֿאַרטרױיטע פֿריינד, און מיר זײַנען אַװועק הינטער'ן שטאָדט, אין אַ פֿאַרלאָזענעם פּלאַץ, און דאָרטען האָבען מיר געהאַט אַ פֿאַרלעזונג און אַ דיסקוסיע.

פֿון סװוענציאַן בין איך, אױיף אַ פֿוהר, געפֿאָהרען קײן מאַלאַט. עס איז אױיסגעקומען צו פֿאָהרען דורך װואַלד. אױיפֿ'ן װועג האָט אונז געכאַפֿט אַ שלאַגס-רעגען. איך בין דורכגעװוייסט געװוארען, און מײַן װואַזשנער שטרױיענער קאַפּעלוש איז געװוען אױיסגעדרעהען. מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט אין אַ קרעטשמע, װועלכע איז געװוען פֿול מיט פֿױיערים און מיט דעם רױיך פֿון זײיערע ליולקעס; דער רױיך איז געװוען דורכגעדרונגען מיט אַ שװוערען גרוך פֿון פֿױיערישע שװוייס. איך האָב קױים געאָטעמט. די פֿױיערים האָבען גערעדט ליטװויש און איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען קײן װוארט. עס איז געװוען אַ טומעל אין אלע מײַנע חושים.

ענדליך האָט דער רעגען אױיפֿגעהערט, און מיר זײַנען געפֿאָהרען װוייטער. װוען מיר האָבען געהאַלטען בײַ אַ פּאָר װוערסט פֿון מאַלאַט, האָט זיך דער רעגען װוידער צוגעלאָזען. פֿון דיזער טייל פֿון דער רייזע איז מיר אין מײַן זכרון געבליבען אַ בילד פֿון דריי פֿױיערים, װוי זײי גאָהן אין דעם שרעקליכען רעגען. זײי זײַנען באָרװועס. זײי האָבען שיך, זײי טראָגען זײי אָבער אין די הענט.

ענדליך בין איך אָנגעקומען אין מאַלאַט.

איך האָב געגעבען פֿרעגען װואו עס װואוינט גראַזש, און דערבײַ האָב איך געזעהן װוי מען קוקט אױיף מיר פֿון אלע פֿענסטער. די „פֿראַנט", אַ נאַס װוי אַ נאַסע קאַץ, פֿאָהרט אַריין אין אַ פֿאַרצײַטיגע שטעדטעל

יאַקאָװו פּאָליאַק
יאַקאָװו פּאָליאַק.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 438–439

439אין אַ שלאַגס-רעגען און זוכט אַ מאַן, װועלכער האָט דאָרטען אַ שם אַן אפֿיקורס, און אפֿשר פֿאַר אַ רעװואָלוציאָנער!

ענדליך האָב איך איהם געפֿונען — אַ יונגערמאַן מיט שװואַרצע האָר און װואָנצעס, מיט קײלעכריגען, לאַנגזאַמע אױיגען, מיט אַ מילדען, אָנגענעהמען פּנים. איך האָב איהם דערצעהלט װועגען װואָס עס האַנדעלט זיך, און ער איז גלײַך מרוצה געװוארען.

װוען איך בין געקומען צוריק אַהיים, האָט מען מיין „פֿראַנטאָװוסקי" קאַפּעלוש געמוזט אױיסגעקאַטשעט צורעכט מאַכען, און דער סוף איז געװוען, אַז ער איז אױיסגעגאַנגען גאָר אָן אַן אַנדער פֿאַסאָן װוי פֿריהער; ריכטיגער געזאָגט, אָהן אַ באַשטימטע פֿאַסאָן. און װוען מײַן מאַמע האָט איהם דערזעהען אױיף מיר, האָט זי פּשוט אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט פֿון פֿאַרצװוייפֿלונג. מײַן מוהמע האָט געזאָגט, אַז עס איז נאָך שעהנער װוי פֿריהער, אָבער איך האָב חושר געװוען אַז זי מיינט דאָס ניט.

12
איך פֿאָהר קײן פּעטערסבורג. — דאָס זעגענען זיך. — אין פּעטערסבורג. — מײַן פֿעטער און מוהמע. — פּראָג. — סאָקאָלאָװו'ס ברודער. — גאָלדבלאַט. — אַן אוצר.

די „נאַזאַנטשעניע", װואו איך זאָל האָבען מיין לעהרער-שטעלע, איז אָנגעקומען פֿונ'ם „פּאָפֿעטשיטעל". מען האָט מיך געשיקט אין װועליזש, װויטעבסקער גובערניע.

דאָס איז געװוען ענדע יוני. פֿאָהרען אױיף דער שטעלע האָב איך בעדאַרפֿט אין אױיגוסט. עס איז געװוען נױיטיג צו קריגען אביסעל געלט אױיף קלײדער, װועש, א. ז. װו. אַלזאָ, איז געבליבען אַז איך זאָל פֿריהער פֿאָהרען צו מײַן אָנקעל חיים לייב, אין פּעטערסבורג, ער זאָל מיר אַרױיסהעלפֿען מיט פֿינאַנסען.

מײַן רייזע קײן סװוענציאַן און מאַלאַט האָט אױיף מײַנע עלטערען ניט געמאַכט קײן אײַנדרוק. זײי האָבען געמיינט אַז איך בין געװוען בײַ אַ חבר אַ פּאָר מײל פֿון שטאָדט. מײַן רייזע 440אָבער קײן פּעטערסבורג איז בײַ זײי געװוען אַ היסטאָרישע פֿאַסירונג. מײַן מוטער איז אַלץ געװואוינט געװוען צו קוקען אױיף מיר װוי אױיף אַ קלײן קינד, און דאָ פֿאָהר איך גאָר אין פּעטערסבורג! אַ גאַנצער יאָ טעביע דאַם!

מײַן פֿעטער און מײַן מוהמע זײַנען געקומען מיך באַגלייטען. איך האָב געװואָלט צוגעהן צום טאַטען און איהם איבערבעטען. אָבער די הארץ האָט זיך בײַ מיר אײַנגע'עקשנ'ט. די מאַמע און די מוהמע האָבען מיך געשטופֿען צו איהם, און דער פֿעטער מיכל האָט זיך בײַ מיר געבעטען. איך האָב זיך אָבער, געגען מײַן װוילען, ניט גערירט פֿון אָרט.

דער טאַטע האָט אַלײן גענומען אײַנפּאַקען מײַנע זאַכען. דאַן בין איך צוגעגאַנגען צו איהם, און פֿאַרשעמטערהייט איהם געבעטען מיך באַגלייטען. אָבער איצט האָט ער זיך פֿאַר'עקשנ'ט. די זאַכען האָט ער פֿאַרפּאַקט, אָבער צום װואָקזאַל איז ער ניט געגאַנגען.

— קום, אַלטער, — זאָגט מײַן גוטער פֿעטער — איך װועל זײַן דײַן טאַטע. איך װועל דיך נעמען צום װואָקזאַל.

און די אױיגען זײַנען בײַ איהם געװוארען פֿול מיט טרעהרען. דאָס איז דער זעלבער פֿעטער מיכל מײַנער, װועלכער איז קראַנק געװוארען פֿון דעם „שװואַרצען יונגענמאַנטשיק'ס" טראַגעדיע.

דער װואָקזאַל איז געװוען עטליכע טריט פֿון אונז, אַ חוץ דעם פֿעטער, האָט מיך באַגלייט די מאַמע און די מומע.

איך בין אָנגעקומען אין פּעטערסבורג אין אַ פֿריהמאָרגען. גלײַך בײַם װואָקזאַל האָט מען געקענט פֿיהלען אַז דאָס איז אַ גרױיסע שטאָדט, געגען װועלכער װוילנא איז אַ דאָרף. װוען איך בין אַראָפּ פֿון װואָקזאַל, האָט מיר אַ פּאָליציסקער געגעבען אַ נומער און װועלכע דראָזשקע צו נעמען (אַ טייל פֿון דער סיסטעם צו האַלטען די איזװואָזשטשיקעס אין אָרדנונג).

דער ריח פֿון פּעטערסבורג איז גאָר אַן אַנדערער װוי דער ריח פֿון װוילנא. עס איז געװוען אַ הייסער טאָג, און מיר האָט זיך געדוכט אז עס שמעקט מיט סמאָלע, און עפּעס אזױי װוי דאָס גופֿא 441װואָלט געהאַט אַ שייכות צו דער גרױיסקייט און װויכטיגקייט פֿון דער שטאָדט. מײַן הארץ איז געשפּרונגען פֿון דעם באַװואוסטזײַן אַז איך בין אין פּעטערסבורג.

— רופֿט מיר אָן די גאַסען װואָס מיר װועלען דורכפֿאָהרען! — האָב איך װואַזשנע אַ געשריי געטאָן צום איזװואָזשטשיק, — איהר װועט באַקומען אױיף טהיי.

בײַ יעדער נײַער גאַס האָט ער אױיסגעשריהען דעם נאָמען, און פֿילע פֿון די נעמען זײַנען מיר געװוען באַקאַנט פֿון דער ליטעראַטור אָדער פֿון די צײַטונגען.

ענדליך בין איך געקומען צו מײַן פֿעטער אױיף דער פֿאַבריק, אױיף גרױיס-סאַדאָװוער גאַס. ער האָט מיר גוט אױיפֿגענומען, אָבער אין זײַן גאַסטפֿרײַנדליכקייט האָט אַלץ געקלונגען אַ טאָן, אין װועלכען מען רעדט צו אַ אינגל.

אױיף דער פֿאַבריק האָט געאַרבייט אַ היבשע צאָהל מענשען — אַלע רוסען. אין דערזעלבער געבײַדע איז אױיך געװוען די דירה. דאַן אָבער האָט די פֿאַמיליע געװואוינט אױיף אַ זומער-קװוארטיר אין אָזערקי, אַ סטאַנציע אױיף דעם פֿינלאַנדער אײַזענבאַהן. און אין אױוענד איז דער פֿעטער מיט מיר און מיט זײַן פֿרױ'ס אַ ברודער אַװועקגעפֿאָהרען אַהין. דאָרטען האָט מיר אױיפֿגענומען זײַן פֿרױ, חנה בלומע, אַ גאַנץ מאָדערן געקלײדערטע יונגע פֿרױ. איך האָב איהר ניט געזעהן אַ יאָהר זעקס, און פֿאַר דיזער צײַט איז זי געװוארען עלעגאַנטער און װואַקסענער אױיפֿ'ן אױיסזעהן.

זי האָט גערעדט רוסיש בעסער װוי דער פֿעטער, אָבער אױיך װוייט פֿון פֿאָלשטענדיג גוט.

זײי האָבען געהאַט דריי קינדער — צװויי אינגעלעך און אַ מיידעלע, און בײַ זײי האָט אױיך געװואוינט װויעראָטשקאַ, די זיבען-יאָהריגע יתומה פֿון מײַן שעהנער מוהמע מערע, װועלכע איז מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער געשטאָרבען פֿון שװוינדזוכט. אַלס אַ יתומה האָט װויעראָטשקאַ — אַ מיידעלע מיט שװוארצינקע אױיגעלעך — אין מיר אַרױיסגערופֿען רחמנות און אַ ספּעציעלען אינטערעס. איך האָב מיט איהר און מיט די אַנדערע קינדער 442גערעדט אױיף רוסיש, און איך האָב זײי מקנא געװוען װואָס זײי קענען קײן װוארט אידיש ניט ריידען.

די דאַטשע איז געװוען אַ גרױיסע, און אַלץ האָט זיך דאָרטען געפֿיהרט ברייט און „אײראָפּעאיש". זונטאָג זײַנען געקומען עטליכע געסט, און אײַנער פֿון זײי איז געװוען דער באַריהמטער פּאָעט פֿרוג, אַ יונגער מאַן מיט אַ גלײַכער, ניט-דיקער פֿיגור און מיט אַ װוייסען, ליכטיגען, ניט-עכט-אידישען פּנים. ער האָט בײַ מיר געפֿרעגט װועגען אונזער אינסטיטוט. דאָס איז אַלץ װואָס איך געדענק װועגען איהם.

עס פֿלעגט אױיך אַרײַנקומען אַ מעדאַליאָן-קינסטלער מיט'ן נאָמען גריליכעס, און אַ יונגער מאַן, װועלכער האָט דאַן געהאַט אַ היבשען נאָמען אַלס מיטאַרבייטער אין די רוסיש-אידישע װואָכענ-בלעטער. װוי איך האָב באַמערקט, האָט מײַן פֿעטער און מײַן מוהמע ליעב געהאַט אינטעליגענטע געזעלשאַפֿט.

דער פֿעטער פֿלעגט מיר פֿאַר יעדען פֿאָרשטעלען אַלס דער זוהן פֿון זײַן עלטסטער שװועסטער, און ער איז געװוען שטאָלץ מיט דעם פֿאַקט, אַז זײַנער אַ פּלעמעניק, אַן אָרימער װוילנער אינגעל, האָט זיך אַלײן אַרױיפֿגעאַרבייט אױיף אַ אינטעליגענטען װועג. אזױי איז עס געװוען יעדעס מאָל װוען אױיף דער דאַטשע זײַנען געװוען געסט. אָבער ער און די מוהמע פֿלעגען מיר שטענדיג מוסר'ן, פֿאַרװואָס איך בין אַ „פּראָװוינציאל".

— אַ מערקװוירדיגע זאַך מיט אונזערע װוילנער — האָט ער אַמאָל געזאָגט — זײי קענען ענדיגען צװואַנציג אוניװוערסיטעטען, בלײַבען זײי אַלץ פּראָװוינציאַל. די װואָס קומען פֿון קיעװו אָדער אָדעס זײַנען גאַנץ אַנדערע מענשען. אױיף זײי קען מען מיינען, אַז זײי זײַנען פּעטערסבורגער.

איך האָב זיך געקליבען בײַם אָנקעל צו בעטען אַ פּאָר הונדערט רובעל. עס איז מיר אָבער געװוען ניט אַנגענעהם דאָס צו טאָן, און איך האָב די אָפּעראַציע אָפּגעלייגט פֿון טאָג צו טאָג.

יעדען אינדערפֿריה, נאָך פֿריהשטיק, בין איך מיט איהם געפֿאָהרען אין שטאָדט, און אין אױוענד — צוריק אין אָזערקי.

קאַהאַנס פֿעטער חיים לייב (חיים לייב גאָלדאַרבייטער)
מײַן פֿעטער חיים לייב (חיים לייב גאָלדאַרבייטער).
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 442–443

443אין שטאָדט האָט ער מיר געפֿיהרט עסען אין די בעסטע רעסטאָראַנען, קריסטליכע און אידישע. דער בעסטער אידישער רעסטאָראַן אין פּעטערסבורג איז דאַן געװוען קאַראַם'עס, װואו עס פֿלעגען זיך צוזאַמענקלײַבען רייכע אידישע געשעפֿטסלייט. זײַנען מיר דאָרטען געװוען אַ פּאָר מאָל.

אײַנמאָל זאָגט ער צו מיר:

— איך זעה אױיף דײַן פּנים, אַז דו דאַרפֿסט האָבען עטליכע רובעל. װואָס-זשע שעמסטו זיך? פֿאַרט אַ פּראָװוינציאל!

ער האָט בײַ מיר געפֿרעגט װויפֿיעל איך דאַרף. און איך האָב זיך געקלערט: „אױיב ער בעט מיר אַלײן אָן, טאָ לאָמיך שױין בעטען װואָס מעהר". אָבער אַרױיסגערעדט האָט זיך בײַ מיר נאָך װוייניגער װוי איך האָב געדאַרפֿט.

— הונדערט און פֿופֿציג, — האָב איך געזאָגט.

נאָכהער האָב איך זיך געװואָלט אָפּבײַסען דעם צונג.

ער איז מיט מיר געגאַנגען אין „גאָסטיני ריאַד" קױיפֿען אַ „אוטשיטעלסקי" פֿראַק. פֿאַרבײַגעהענדיג זײַנען מיר דורכגעגאַנגען פֿאַרשידענע קראַמען פֿון דאַמען-קלײדער, אַלץ קריסטליכע, פֿאַר װועלכע ער האָט געמאַכט די פֿאַזימענטערײַ (טרימינגס).

אומאַטום האָט ער מיך פֿאָרגעשטעלט, זאָגענדיג מיט שטאָלץ, אַז איך בין זײַנער אַ פּלעמעניק, און אַז איך האָב אױיסגעשטודירט אױיף לעהרער.

איך געדענק װוי איך האָב זיך געקלערט: „אַ פּראָװוינציאל, און נאָך אַ קאַסאַקער דערצו, און דאָך איז ער שטאָלץ מיט מיר"!

מיר האָבען זיך געדרײַט צװוישען קלײטען פֿון מענער-קלײדער, גרעסערע, קלענערע, ביז ער האָט געפֿונען „אוטשיטעלסקי" פֿראַק.

װוען איך האָב אים אָנגעמאָסטען האָט מײַן אָנקעל זיך צולאַכט אױיפֿ'ן קול:

— אַ גאַנצער טשינאָװוניק! דערלעבט יאָהרען, אַלטער! אין אַ פֿראַק מיט מעשענע קנעפּ!

איך האָב איהם בײַז געענטפֿערט, אַז אױיב ער װועט מיט מיר אזױי ריידען, דאַרף איך ניט זײַן פֿראַק און זײַן געלט.

444ער האָט מיך שפּאַסיג איבערגעבעטען, און מיר האָבען צוגעקליבען אַ פֿראַק, װואָס האָט מיר גוט געפּאַסט.

אין פּעטערסבורג האָט געװואוינט סאָקאָלאָװו'ס אַ פֿאַרהײראַטע שװועסטער און אַ אינגערער ברודער. סאָקאָלאָװו האָט מיר געגעבען זײיער אַדרעס, און איך האָב זײי באַזוכט. סאָקאָלאָװו'ס ברודער האָט מיר געװויזען פּעטערסבורג, און ער האָט מיט מיר פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען.

די ברייטע גאַסען מיט זײיערע צײַלען און צײַלען פֿון רױיטליכע מױיערען; די שטראָמען אײראָפּעאיש-געקלײדערטע אָדער רױיט-באַהעמדעלטע פֿוס-געהער; די געפּאַקטע צװויי-גאָרענדיגע טראַמװוייס; די ריזיגע קירכען, פּאַלאַצען, מאָנומענטען; די בריקען און די דאַמפֿשיפֿלעך אױיפֿ'ן ברייטען טײַך; די װוייט-גערעדטע רוסיש און דער סמאָלע אַטהעם — אַלץ אין אײַנעם האָט יעדע שעה טיפֿער געמאַכט דעם אײַנדרוק װואָס פּעטערסבורג האָט אױיף מיר געמאַכט.

איך האָב געהערט, אָדער געלעזען ערגעץ װואו, אַז אַ גרױיסע שטאָדט שטעלט מען זיך פֿאַר גרעסער און גרױיסאַרטיגער װוי זי איז אין אמת'ן, און אַז װוען מען קומט אַהין, איז מען ענטוישט. איך האָב זיך געפֿרעגט: „ביזטו ענטוישט?" און איך האָב זיך געענטפֿערט: „נײן! ניט אַ האָר!"

סאָקאָלאָװו'ס ברודער האָט מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ פּאָר סטודענטען-רעװואָלוציאָנערען, און אױיך פֿאַר צװויי גרופֿען אַרבײַטער, צװוישען װועלכע ער האָט אָנגעפֿיהרט אַ פּראָפּאַגאַנדאַ.

אײַן טאָג האָבען מיר כמעט אײַנגאַנצען פֿאַרבראַכט אױיף אַ לאָדקע, שיפֿענדיג זיך איבער דער „נעװואָ", און אין אױוענד האָבען מיר געגעסען װוטשערע מיט אַ גרופּע אַרבייטער אױיפֿ'ן ברעג פֿון טײַך.

איך בין ענטציקט געװוען פֿון דעם ברידערליכען גײַסט װואָס האָט עקזיסטירט צװוישען זײי, און מיט דער ליבע װואָס זײי האָבען אַרױיסגעװויזען צו סאָקאָלאָװו'ן.

— װוי באַלד אַז די מאַסען זײַנען שױין אזױי נאָהענט צו 445דער פּראָפּאַגאַנדאַ, דאַן דאַרף שױין לאַנג ניט געדױיערען, — האָב איך געזאָגט צו סאָקאָלאָװו'ן.

איך האָב באַזוכט דעם יעקאַטערינינסקי קאַנאַל, װואו אלעקסאַנדער דער צװוייטער איז געפֿאַלען. ס'איז דאָרטען געשטאַנען אַ פֿאַרלױיפֿיגער דענקמאָל נאָך איהם. דערנאָך האָב איך באַזוכט דעם פּלאַץ, װואו מען האָט געהאַנגען אונזערע העלדען.

אין דער קונסט אַקאַדעמיע פֿון פּעטערסבורג האָט דאַן געשטודירט מײַן אלטער חבר יאַנקעלע גאָלדבלאַט. און מיט איהם האָב איך זיך אױיך אָפֿט געזעהן. ער האָט מיר געװויזען די אַקאַדעמיע, און ערקלעהרט פֿאַרשידענע בילדער. פֿאַר דער צײַט, װואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין דער הױיפּטשטאָדט, האָט ער געמאַכט פֿיל פֿאָרטשריט אין זײַן קונסט און אין אַלגעמיינע ענטװויקלונג. און איך האָב פֿון איהם געהערט פֿילע זאַכען, װואָס זײַנען פֿאַר מיר געװוען נײַ און אינטערעסאַנט.

דער יונגער סאָקאָלאָװו איז מיט מיר געגאַנגען אױיף דעם „אלעקסאַנדראָװוסקי רינאָק", װואו עס זײַנען דאַן געװוען קראַמען פֿון אלטע ביכער. אױיף מײַן לעהרער-שטעלע האָב איך געװואָלט האָבען אַ ביבליאָטעק. אײַניגע ביכער האָב איך שױין אָנגעזאַמעלט אין װוילנא, און דאָ האָב איך געװואָלט קױיפֿען נאָך אײַניגע.

מיר זײַנען אַרײַנגעקומען אין אַ קראָם און גענומען באַקוקען די פּליצעס. באַלד האָב איך דערזעהען צװויי מיט אַלטע „סאָורעמענניקס" — דער זשורנאַל פֿון װועלכען טשערנישעװוסקי איז געװוען דער רעדאַקטאָר. איך האָב פֿאַנאַנדער גענומען די צװויי פּעק און געפֿונען: — אַן אמת'ער אוצר! צװויי יאָהרגאַנגען „סאָורעמענניק", װועלכע האָבען ענטהאַלטען טשערנישעװוסקי'ס איבערזעצונג פֿון דיזשאַן סטוארט מיל'ס פּאָליטישע עקאָנאָמיע מיט זײַנע באַריהמטע נאָטיצען דערצו! אין דיזע נאָטיצען האָט דער באַריהמטער דענקער, װועלכער האָט זיך איצטער געמאַטערט אין געפֿענגניש אין די װוייטע נעגענדען פֿון סיביר, אַרױיסגעבראַכט זײַנע סאָציאַליסטישע געדאַנקען. און פֿאַרשידענע אַנדערע טײַערע אַרטיקלען האָבען די צװויי יאָהרגאַנגען ענטהאַלטען: ערצעהלונגען, קריטישע איבער446בליקען, ערנסטע אָפּהאַנדלונגען איבער פּאָליטישע, עקאָנאָמישע אָדער סאָציאַלישע ענינים. און עטליכע פֿון זײי האָבען געטראָגען נעמען װואָס זײַנען אין די 60-ער יאָהרען בײַ דעם פֿאָרטגעשריטענעם יונגען דור פֿון רוסלאַנד הייליג געװוארען.

נאָר אײַן באַנד האָט מען געפֿעלט, אַ גרױיסער שאָדען, אָבער װואָס קען מען העלפֿען?

— װויפֿיל װוילט איהר דערפֿאַר? — האָב איך געפֿרעגט בײַ דעם קרעמער מיט אַ טאָן פֿון גלײַכגילטיגקייט, אזױי װוי די צװויי יאָהרגאַנגען װואָלטען בײַ מיר ניט געהאַט קײן ספּעציעלען װוערט.

— פֿערציג רובעל — האָט ער געענטפֿערט, אױיך מיט אַ גלײַכגילטינער מינע.

עס איז דײַטליך געװוען, אַז ער װוייס די װוערט פֿון די ביכער אזױי גוט װוי איך.

אָבער פֿערציג רובעל איז אױיך געװוען אַ גרױיסע מציאה. דאָך האָבען מיר זיך געדונגען. איך האָב אָפּגעדונגען אביסעל, באַצאָהלט דעם פּרײַז, און אַװועקגעשלעפּט די מציאה אױיף מײַן פֿעטער'ס פֿאַבריק.

13
איך פֿאַרלאָז װוילנא.

איך בין אָפּגעװוען אין פּעטערסבורג דרײַ װואָכען.

װוען איך בין געפֿאָהרען צוריק אַהיים, און דער צוג איז צוגעקומען נאָהענט צום שטאָדט, האָט בײַ מיר די הארץ געקלאַפֿט, אזױי װוי איך װואָלט דאָרטען ניט געװוען פֿילע יאָהרען. איך בין געשטאַנען אױיפֿ'ן בריקעל פֿון מײַן װואַגאָן, און געקוקט אַהין און אַהער, װוי אַ צוטומעלטער.

עס איז געװוען אַ װוארימער נאָכמיטאָג אין יולי. איך בין אַראָפּ פֿון װואָקזאַל און גענומען אַ איזװואָזשטשיק. װוען די דראָזשקע איז צוגעפֿאָהרען צו אונזער שטוב, האָט מײַן רױיט-האָריגער ברודערל, װועלכער איז דאַן אלט געװוען װוייניגער װוי זיבען יאָהר, זיך געשפּילט מיט חברים אױיפֿ'ן גאַס. װוען ער האָט מיך דער447זעהן, האָט ער געגעבען אַ געשריי: „אַ, מײַן ברודער!", איז ער צוגעלאָפֿען צו מיר און אַרײַנגעשפּרונגען אין מײַנע אָרעמס.

עטליכע פֿון מײַנע קרוזשאָק חברים האָבען יענעם זומער געהאַלטען אַ קװוארטיר ניט װוייט פֿון „זשעליעזנאַיא כאַטקא", און איך פֿלעג זײי דאָרטען באַזוכען. צו דערזעלבער צײַט האָב איך זיך געגרייט צו מײַן רייזע קײן װועליזש, אױיף מײַן שטעלע. די מאַמע האָט צוגעגרייטעט פֿאַרשידענע זאַכען און אַרומגעפּאָרעט אַרום מיר, אזױי װוי זי װואָלט זיך גערייט מיר חתונה צו מאַכען.

ענדליך איז געקומען דער טאָג פֿון מײַן אָפּפֿאָהרען. איך האָב זיך געזעגענט מיט מײַנע רעװואָלוציאָנערע חברים, און בין אַװועק אַהיים, װואו אַלץ איז געװוען פֿאַרטיג צו דער רייזע.

אונזער משפּחה איז ניט געװואוינט געװוען אַרומצופֿאָהרען. זעלטען װוען אײַמעצער פֿון זײי האָט געהאַט אַ געלעגענהייט צו געברױיכען דעם באַהן װוייטער װוי די סטאַנציע װוילעיקא, צו װועלכער מען פֿלעגט צופֿאָהרען אין פֿופֿצעהן מינוט צײַט. װויטעבסק האָט זײי געקלונגען װוי דער נאָמען פֿון אַ װוייטער שטעטל. און דאָ דאַרף איך פֿאָהרען ניט נאָר אין װויטעבסק, נאָר נאָך װוייטער! און איך פֿאָהר װוערען אַ זעלבסטשטענדיגער מענש. שפּילען אַ ראָלע, טראָגען אַ פֿראַק מיט מעשענע קנעפּ, און אַ היטעל מיט אַ קאָקאַרדע!...

אין זײיערע געדאַנקען האָבען זיך געמאָלען פֿאַרשידענע אײַנדרוקספֿולע בילדער, און דער טאָג פֿון מײַן אָפּרייזען איז געװוען אײַנער פֿון די מערקװוירדיגסטע טעג אין זײיער ערפֿאַהרונג.

מיט'ן פֿעטער בין איך לאַנג געװוען גוט-פֿריינד, און איצט האָב איך איהם געװויזען די װוארימסטע אױיפֿמערקזאַמקייט. ער, די מאַמע, די מוהמע, דער פֿעטער, מיט אלע קינדער — אלע האָבען מיר באַגלייט ביז װוילעיקא.

גראַד אין דעם זעלבען װואָגאָן איז געזעסען אברהם דוב דעם שטרײַכער'ס עלטסטער זוהן, איסאַק ריטא, װועלכער האָט מיט אַ יאָהר צעהן צוריק געענדיגט אַ ראַבינער-שוהל. זײַן שטודיום אין די אוניװוערסיטעטען האָט זיך פֿאַרצױיגען, און איצט האָט ער געשטודירט אױיף דאָקטאָר אין דער מיליטערישער מעדיצינישער 448אַקאַדעמיע פֿון פּעטערסבורג. ער האָט געטראָגען קלײדער װועלכע זײַנען געװוען ענהליך צו דער „פֿאָרמע" פֿון אַן אָפֿיצער. אין װואַגאָן האָט מײַן מוהמע מיט איהם געשמוסט, האָט מײַן מאַמען פֿאַרדראָסען פֿאַרװואָס ער ציהט אָפּ די אױיפֿמערקזאַמקייט פֿון מיר. און זי האָט געשיקט בײַזע סיגנאַלען צו מײַן מוהמען.

די קינדער האָבען זיך אַרום מיר אַרומגעדרעהט, פֿאַרװוארפֿען מיר מיט פֿראַגען, װועלכע איך האָב קױים געהערט. די מאַמע האָט מיר געקוקט אין די אױיגען און געשװויגען.

ענדליך איז דער צוג אָנגעקומען אין װוילעיקא. נאָר אײַן מינוט איז ער געשטאַנען. מען האָט זיך געקושט, געהאַלדזט. די מאַמע האָט געװויינט. די מוהמע האָט געװויינט. די קינדער זײַנען אַרומגעשפּרונגען אַרום מיר.

איך האָב זיך קױים אַרױיסגעריסען און אַרױיפֿגעשפּרונגען אױיפֿ'ן צוג.

דער צוג האָט זיך גענומען ריהרען. דורכ'ן פֿענסטערקיל האָב איך געקוקט װוי די מאַמע שטעהט אַ בלאַסע. איך בין געװוען װוי אין אַ הינער-פּלעט.

איך האָב זיך אָבער געמאַכט פֿאַר אַ כװואַט, געפֿאָכעט מיט מײַן פּאַטשיילקע פֿון װוייטען און כלומר'שט געשמייכעלט.