בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · ערשטער באַנד (נ.י., 1926)
אין דער אַלטער הײם

נײַנטער קאַפּיטל

מײַן לעצטער װוינטער אין רוסלאַנד

װעגן דעם טעקסט: אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן (זז׳ 449–470), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 449 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. װערטער מיט אַ פּינקטעלדיגן שטרעך זײַנען ספֿקדיק; […] מײנט אַן אומלײענבאַרן אָרט; טעקסט אין [קאַנטיקע קלאַמערן] איז רעדאַקטאָריש צוגעגעבן. * װײַזט אױף אַ הערה פֿונעם מחבר.
1
אין װועליזש. — אונזער פּרינסיפּאַל. — צילישטיין.

449צוזאַמען מיט מיר איז, אַלס לעהרער פֿון דער װועליזשער נאַטשאַלנאַיא אוטשילישטשע (אַנפֿאַנגס-שול), באַשטימט געװוארען מײַן קלאַס-חבר אָסיפּ צילישטיין, און מיר זײַנען אױיף דער שטעלע געפֿאָהרען צוזאַמען. די װואָקאַציע האָט זיך נאָך ניט גענענדיגט; מיר האָבען אָבער באַדאַרפֿט אָנקומען אין װועליזש מיט אַ װואָך פֿריהער װוי די שול װועט זיך עפֿענען.

פֿון װוילנא זײַנען מיר נאָך עטליכע שטונדען רײיזע מיט'ן באַהן געקומען קײן דינאַבורג *; און פֿון דאָרטען, נאָך אַ גאַנצער נאַכט פֿאָהרען, אױיך מיט'ן באַהן, האָבען מיר דערגרײיכט װויטעבסק.

אַ אינסטיטוטשיק מיט'ן נאָמען בראַנזבורג, װועלכער איז יענעם זומער אַריבערגעגאַנגען פֿון דריטען קלאַס אין פֿערטען, האָט אונז באַגעגענט אױיפֿ'ן װואָקזאָל און ער האָט אונז געװויזען די שטאָדט. ער איז געװוען אַ װויטעבסקער און איז דאַן געװוען בײַ זײַנע עלטערען אױיף װואַקאַציע. ער איז געװוען אַ לעבעדיגער, װויציגער יונג, און מיר האָבען גאַנץ אנגענעהם פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג.

פֿון װויטעבסק קײן װועליזש איז קײן באַהן ניט געװוען. מיר זײַנען געפֿאָהרען מיט פּאָטשטאָװוע פֿערד. דער װועג האַלט איבער 80 * 450װוערסט, און אַלע צװואַנציג װוערסט האָט מען זיך אָפּגעשטעלט בײַטען די פֿערד. אין סך-הכל האָט דיזער טייל פֿון דער רייזע גענױיערט אַ גאַנצען טאָג.

* שפּעטער האָט מען די שטאָדט אַ נאָמען געגעבען דווינסק.

דער לעצטער בעל-עגלה, אַ קריסט, האָט געקענט נאָכמאַכען דעם געשרײַ פֿון אַ װואָלף, און מיט דעם האָט ער אזױי געשראָקען די פֿערד, אַז זײי זײַנען געפֿלױיגען װוי פֿאַרכאַפֿטע.

מיר זײַנען אָנגעקומען בײַנאַכט.

פֿריהער איז אין װועליזש פֿאַר אידישע קינדער געװוען אַן אוטשילישטשע פֿון דעם אלטען טיפּ. די נאַטשאַלנאַיע אוטשילישטשע האָט זיך איצט געדאַרפֿט עפֿענען אין דער פֿריה. אַ חוץ אונז צװוייי, איז געװוען אַ פֿאַרװואַלטענדער לעהרער, און ער איז געקומען מיט אַ פֿאַר װואָכען פֿריהער פֿון אונז, אַלץ צו ארגאַניזירען. זײַן דירה איז געװוען צוזאַמען מיט דער שול.

מיר האָבען באַשלאָסען אַרײַנצופֿאָהרען אין אַ גאַסט-הױיז און צו מעלדען זיך צו איהם ערשט מאָרגען אין דער פֿריה.

מיר זײַנען געװוען מיד פֿון װועג און זײַנען גענאַנגען שלאָפֿען גלײַך נאָך װועטשערע.

װוען מיר זײַנען אױיפֿגעשטאַנען אין דער פֿריה, האָט אונז דורך די פֿענסטער באַגריסט אַ גרױיסע בלאָטע מיט גרױיסע לוזשעס — אַ בילד, צו װועלכען מען איז אין װוילנא ניט געװואוינט געװוען, אפֿילו אױיף פּלאָשטשאַדקע. עס איז אונז געװואָרען גאַנץ קאַלעמוטנע אױיפֿ'ן הארצען.

נאָך פֿריהשטיק האָבען מיר אַנגעטאָן אונזערע נײַע מאַנטלען (מײַן פּאַלטאָ איז געװוען פֿון שאָקאָלאַד קאַליר, און צילישטיין'ס אונגעפֿעהר פֿון אַן עהנליכען קאַליר). אױיף די קעפּ האָבען מיר אַנגעטאָן — צום ערשטען מאָל — אונזערע בלױיע היטלען מיט די קאָקאַרדעס, און מיר זײַנען אַרױיס אין גאַס. די היטלען זײַנען בלױיע ברײיטע, פֿון בלױיען געװואַנט. אױיבען און אַרום האָבען זײי געהאַט אַן „אַקאָלישאָק" פֿון בלױיען סאַמעט. די קאָקאַרדע — אַ מעטאַלענער „בעדזש" מיט שטראַלען ארום אַ קײיקעלע — איז געװוען צוגעטשעפּעט פֿון פֿאָרענט איבער דעם סאַמעטענעם רייף.

אָסיפּ צילישטיין
אָסיפּ צילישטיין.
אין אָריגינאַל: אַ בילד-בלאַט צװישן זז׳ 450–451

451די אַכסניא איז געװוען אין מיטען שטאָדט, אױיפֿ'ן מאַרק; דאָך האָבען מיר געהאַט אַ שװוערע יאָזדע אַריבערצושפּרײַזען לוזשעס און זומפּען, אײַדער מיר זײַנען „בשלום" אַריבערגעקומען אױיף דער אַנדערער זייט, װואו אונזער אוטשילישטשע האָט זיך געפֿונען.

פֿון יעדער קראָם איז מען ארױיסגעלאָפֿען קוקען אױיף אונז.

די אוטשילישטשע איז געװוען אין רעכטען מיטען פֿון דעם האַנדעלס-צענטער, אױיף דעם צװוייטען עטאַזש, איבער אַ צײיל קראָמען.

אונזער „זאַװועדוױושטשי", דאָס הייסט, דער פֿאַרװואַלטענדער לעהרער (פּרינסיפּאַל), איז געװוען אַ יונגערמאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און צװואַנציג, ניט קײן הױיכער, אַ דיקליכער, מיט רױיטע באַקען, ניט קײן מאוס'ער, זאָגאַר אַ שעהנער, אָבער אָהן חן און אָהן גײַסטיגען טעם אין זײַן אָנבליק.

ער האָט אױיך געענדיגט דעם װוילנער לעהרער-אינסטיטוט. דאָס איז אָבער געװוען מיט פֿיר יאָהר פֿריהער; ער איז אַהין אַנגעקומען, װוען דער אינסטיטוט האָט זיך געעפֿענט. די גאַנצע פֿיר יאָהר איז ער געװוען דער בעסטער שילער אין זײַן קלאַס, און אַלס דער בעסטער שילער האָט ער אױיך געענדיגט (אין דעם זומער, װוען מיך און צילישטיין'ען האָט מען אַרײַנגענומען אין ערשטען קלאַס).

ער האָט געהאַט פֿעהיגקייטען צו לערנען אוראָקען און צו באַקומען גוטע אַטמעטקעס, אָבער נאָר צו דעם. איך און צילישטיין זײַנען געװוען װוייניגסטענס מיט פֿיר יאָהר עלטער װוי ער.

דאָך זײַנען מיר ערשטוינט געװוארען פֿון זײַן אונענטװויקעלטקייט און רױיקייט.

ער איז געװוען אַ טשינאָװוניק, מיט אַ טשינאָװוניקשע נשמה, און ער איז געװוען אַ תקיף בײַ דער נאַטשאַלסטװוא פֿון די פֿאָלקס-שולען, פּונקט װוי מיט פֿיר יאָהר פֿריהער איז ער געװוען אַ תקיף בײַ די לעהרער פֿון אינסטיטוט.

ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ שעהנער מיידעל, װועלכע האָט איהם געבױירען אַ שעהנעם אינגעלע. זײי, זײַן באַלעבאַטישקייט 452און זײַן געלט זײַנען געװוען זײַן גאַנץ לעבען. ער פֿלעגט אַלײן געהן אױיפֿ'ן מאַרק קױיפֿען אײַער, קאַרטאָפֿעל, בוריקעס; און ער פֿלעגט זיך פֿאַר אונז שטענדינ באַריהמען מיט די מציאות, װואָס ער האָט געהאַנדעלט אײַן. ער איז געװוען קאַרג, קיטרע, קלײינליך און אַבערגלױיביג.

קײן בוך האָט ער קײנמאָל אין דער האַנט ניט גענומען. איהם װואָלט זיך פֿיל בעסער געפּאַסט צו זײַן אַ קרעמערײיל אָדער אַ מעקלערײיל װוי אַ לעהרער.

צילישטיין — אַ שלאַנקער און זעהר אַ דונקעלער — האָט געהערט צו אַ גאַנץ אנדער טיפּ. ער איז ניט געװוען ניט קאַרג, ניט קיטרע און ניט קלײינליך. ער האָט ליב געהאַט צו לעזען און ער האָט געהאַט אַ שעהנעם סטיל אין שרײַבען. איך האָב שױין דערצעהלט װועגען זײַן אנגענעהמער שטימע און אנגענעהמען זינגען; אױיך װועגען זײַן ציכטיגקייט און פּינקטליכקייט. ער איז געװוען גענייגט צו זײַן עלעגאַנט און ראָמאַנטיש. איך גלױיב, אַז ער װואָלט זיך געפּאַסט צו אַ קינסטלערישער קאַריערע, אַלס זינגער, קאָמפּאָזיטאָר אָדער פֿיאַניסט אפֿשר.

איך האָב איהם געקענט פֿון קינדװוייז אױיף, װוארים די פֿרױי פֿון מײַן אַמאָליגען רבי'ן, חאַצקעל, איז געװוען זײַן שװועסטער, און זײַנער אַ ברודער, װועלכער איז שפּעטער װוירקליך געװוארען אַן אָפֿערא-זינגער, האָט בײַ חאַצקעל'ען געלערענט מיט מיר צוזאַמען.

ער האָט געענדיגט מיט בעסערע „אַטמעטקעס", װוי איך, און זײַן שטעלע האָט זיך גערעכענט פֿאַר אַ בעסערע װוי מיינע. ער איז געװוען לעהרער פֿון דעם צופֿערטיגונגס-קלאַס. און איך — „אונטער-לעהרער" צו דעם פֿאַרװואַלטער איבער די דריי העכערע אָטדעליעניעס (אָפּטיילונגען, גריידס). איך האָב גענומען לערנען מיט די זעלבע אינגעלעך װוי דער פֿאַרװואַלטער און די זעלבע געגענשטאַנדען װוי ער. ער האָט מיר זאָגאַר איבערגעגעבען די העכסטע טײילען אין אַריפֿמעטיק, אין גראַמאַטיק, אָדער אין ביידע. אָבער בעסער גערעכענט האָט זיך צילישטיין'ס שטעלע פֿאַר דער העכערער און ער האָט באַקומען מעהר געהאַלט װוי איך 453(איהם האָט מען, דאַכט זיך, געצאָלט צעהן רובעל אַ װואָך און מיר — אַכט).

דערפֿאַר האָט ער געדאַרפֿט אַלײן דינגען אַ דירה, און מיר איז געקומען אַ קװוארטיר אין דער אוטשילישטשע. אונזער פֿאַרװואַלטער האָט אָבער אַלע גוטע צימערען צוגענומען פֿאַר זיך און מיר האָט ער איבערגעלאָזען אַ שמאָלינקען קאַמערעל, גלײַך לעבען די קלאַסען; האָב איך באַשלאָסען דאָרטען צו בלײַבען נאָר אַ פֿאַר װואָכען און האָב אָפּגעמאַכט מיט צילישטיין'ען צו באַזעצען זיך צוזאַמען ערגעץ-װואו, אזױי שנעל װוי מיר װועלען געפֿינען אַ פּאַסענדע קװוארטיר. אין בעסטען פֿאַל װואָלט איך אין דער קאַזיאָנער קװוארטיר ניט געהאַט די פּריװואַטקייט און פֿרײַהייט, װואָס מיר װואָלטען געהאַט אין אַ זעלבסטשטענדיגער װואוינונג.

עס איז מיר שװוער געװוען זיך צוצוגעװוייניען צו דער קלײן-שטעדטעלדינגקייט פֿון װועליזש. אָבער דאָס איז ניט געװוען דער אײַנציגער חסרון.

װועליזש איז געװוען אַ טיף-חסדישע און אַ טיף-„פֿאַנאַטישע" שטעדטעל. פֿון אזא געדיכטען װואָלקען פֿון אבערגלױיבען האָט מען אין װוילנא דאַן שױין ניט געװואוסט. צום בײַשפּיל: אַ מאַן האָט ניט געטאָרט גאָהן שפּאַצירען מיט זײַן אײַגענער פֿרױי. מען װואָלט זײי ערקלערט פֿאַר אױיסגעלאַסענע. און דער דאָזיגער גײַסט האָט זיך געלאָזט פֿיהלען אין דעם גאַנצען טעגליכען לעבען.

ניט װוייט פֿון װועליזש געפֿינט זיך די דאַמאָלסדיגע חסידישע הױיפּט-שטאָדט, ליובאַװויטש, און װועליזש איז דורכאױיס געװוען אונטער דער הערשאַפֿט פֿון דעם ליבאַװויטשער רבי'ן.

אָבער ניט דוקא אין באַצוג צו דעם רעליגיעזען לעבען איז װועליזש געװוען אנדערש װוי אונזער מתנגד'יש װוילנא. דער אונטערשיד האָט זיך געלאָזט מערקען אין פֿילע אנדערע זאַכען אױיך. די הארטע „ריש'ען" פֿון יענעם געגענד, מיט פֿילע װוערטער און אױיסדרוקען, װועלכע װוערען ניט געברױיכט בײַ אונז, האָבען מיר געגרילצט אין די אױיערען. װוען איך פֿלעג הערען, װוי מען זאָגט „בריק" אױיף אַ פּאָדלאָנגע, פֿלעגט דאָס מיר זײַן שװוער צו פֿאַרטראָגען. עהנליכעס איז געװוען מיט דעם װועליזשער אַרט 454קאָכען. עס איז מיר ניט לײַכט געװוען זיך צוצוגעװוייניען צו דעם.

די קריסטען זײַנען אױיך גאַנץ אנדערע װוי אין װוילנא. זײי זײַנען בעלאַרוסען. אמת, אַ געװויסער טייל פֿון דער װוילנער באַפֿעלקערונג באַשטעהט אױיך פֿון בעלאַרוסען. אין װוילנא זײַנען אָבער געװוען אַ סך פּאָליאַקען. דער ניט-אידישער עולם האָט מײיסטענס גערעדט פּױיליש. אין װועליזש, װוידער, האָט מען קײן פּױילישען װוארט ניט געהערט. אַ חוץ דעם: װועליזש איז גאַנץ נאָהענט צו גרױיס-רוסלאַנד; אַלזאָ, איז די שפּראַך פֿון דער דאָרטינער באַפֿעלקערונג נעהנטער צו עכט-רוסיש; און צו מאסען קליריען זיך אױיך עכט-רוסיש. זונטאָג פֿלעגט דער מאַרק פּשוט פֿלאַמען פֿון רױיטע העמדלעך. דאָס איז אונז ניט געפֿעלען. די דאָזיגע רוסישקייט איז מיר גראַד געװוען צום הארצען; זי האָט אָבער צוגענעבען צו דעם אונטערשיד צװוישען װועליזש און װוילנא און צו דער פֿרעמדקייט פֿון דער שטאָדט.

די ערשטע צײַט האָב איך שטאַרק געבענקט אהיים.

2
ניט קײן גערעטענער מפֿטיר. — די דװוינא. — װואַלד-הענדלער. — באַקאַנטשאַפֿט צװוישען אידען. — אידישע גבירים. — מיינע שילער.

דער כלל פֿון די נײַע רעװואָלוציאָנערען איז געװוען זיך צוזאַמענמישען מיט דער שטאָדטישער געזעלשאַפֿט, כדי צו קענען האָבען אַן אײַנפֿלוס אױיף איהר. דעריבער האָב איך זיך באַשלאָסען עטליכע מאָל צו גײן דאַװונען אין שוהל, אַלס אַ מיטעל צו באַקאַנט צו װוערען מיט מענשען.

אין אַ געװויסען שבת, אַלזאָ, דעם צװוייטען אָדער דעם דריטען, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין װועליזש, בין איך אַװועק אין דעם װויכטיגסטען בית-המדרש פֿון שטעדטעל. צילישטיין איז אױיך געגאַנגען.

קײן „מוז" איז ניט געװוען. די פֿאַרצײַטיגע פֿרומקייט פֿון װוע455ליזש האָט צו אונז קײן שייכות ניט געהאַט. אױיב מיר, די „געשטודירטע", די „אוטשיטיעלעם", װואָלטען זיך אין שוהל קײנמאָל ניט באַװוייזען, װואָלט מען אױיך ניט איבעראַרשעט געװוען. װוארים מען האָט אױיף אונז געקוקט װוי אױיף גוים.

װוען מען האָט אונז דערזעהן אין בית-המדרש, האָט מען אונז אױיפֿגענומען, װוי גוטע געסט. מען האָט אונז געגעבען בכבוד'ע „שטעדט'ע" און מכבד געװוען צילישטיין'ען מיט אַ „פּעטער" עליה און מיך — מיט מפֿטיר.

די עברי האָב איך געזאָגט, װוי עס באַדאַרף צו זײַן; אָבער מיט'ן טראָפּ איז געװוען צרות. פֿריהער האָב איך געהאַט מפֿטיר נאָר אײַן מאָל, און דאָס איז געװוען צו בר-מצוה, דאָס הייסט מיט אַכט יאָהר צוריק. און פֿון די לעצטע זעקס-זיבען יאָהר בין איך פֿון שוהל-צערעמאָניעס איבערהױיפֿט אָפּגעװואוינט געװוארען. קורץ, עס איז ניט גענאַנגען. איך בין צוטומעלט געװוארען און גענומען פֿאַלשעװוען, מורמלען הינטער די צייהן.

און דאָ האָט דער עולם זיך צוגעהערט צו מײַן יעדען װוארט, צו מײַן יעדען טאָן!

דער פּנים האָט בײַ מיר געפֿלאַמט. איך האָב קױים דערלעבט צו ענדיגען; און דערנאָך האָב איך זיך געשעמט צו קוקען די באַלעבאַטים אין די אױיגען.

אױיף מאָרגענס באַגעגענט מיך אַ יונגערמאַן, אַ משכיל, מיט װועלכען איך בין שױין געװוען באַקאַנט. ער האָט גערעדט מיט מיר אין אַן אנדער קלױיז; ער האָט אָבער געהערט װועגען מײַן נעכטיגער ערפֿאַהרונג.

— װואָס מאַכט איהר, פּאַניע קאַהאַן? — זאָגט ער צו מיר מיט װואױיל-יונגישער חבר'שאַפֿט, — איך האָב געהערט, איהר האָט נעכטען אָפּגעשטעפּט אַ מפֿטיר, אַז ס'איז געװוען װואָס צו הערען!

ער האָט דאָס געזאָגט אין אזא טאָן און מיט אזא שמייכעל אין די אױיגען, אזױי װוי זײַנע װוערטער װואָלטען געהאַט אַ דאַפּעלטען פּשט: ערשטענס, אַ קאָמפּלימענט, װואָס איך בין אזױי װוייט פֿאָרטגעשריטטען אין בילדונג און אפֿיקורסות, אַז איך קען קײן מפֿטיר ניט לייענען; און צװוייטענס — אַן אָפּלאַכעניש פֿון 456מיר, פֿאַרװואָס איך בין אזא עם-הארץ, אַז איך קען קײן מפֿטיר ניט לייענען.

זײַן „אָפּגעשטעפּט אַ מפֿטיר" האָט מיר לאַנג געשטאָכען אין די אױיערען.

מעהר בין איך דאָװונען ניט גענאַנגען. און װואָס אנבאַטרעפֿט באַקאַנטשאַפֿטען, האָב איך זײי סײַ-װוי-סײַ געמאַכט.

דער װויכטיגסטער מסחר פֿון װועליזש איז געװוען מיט װואַלד. דאָס שטעדטעל שטעהט אױיף דער דװוינא, װועלכע געהט פֿון איהר קײן װויטעבסק, פֿון װויטעבסק קײן דינאַבורג (דװוינסק) און פֿון דינאַבורג קײן ריגא, װואו זי פֿאַלט אַרײַן אין ים. איבער דער דװוינא, אַלזאָ, פֿלעגען געהן די פּליטען פֿון װועליזשער װואַלד-סוחרים קײן ריגא. דעם נאָמען ריגא האָט מען געהערט טױיזענט מאָל אַ טאָג.

די רייכע װועליזשער באַלעבאַטים זײַנען געװוען װואַלד-הענדלער, און די רייכסטע פֿון זײי זײַנען געװוען די בערלינס און די זאַרכים.

די װועליזשער האָבען ליב געהאַט זיך צו באַריהמען אַז „חיים בערלין פֿאַרמאָגט מעהר לאַנד, װוי דער קעניג פֿון דענמאַרק". געלעבט אָבער האָט דער דאָזיגער חיים בערלין אױיף אַ גאַנץ פֿאַרצײַטיגען שטייגער. דער קוטשער פֿון זײַן קאַרעטע איז געװוען אַ אידעל מיט געקרײַזעלטע פאות און מיט אַ יאַרמולקע אונטער'ן היטעל. אמאָל, װוען ער האָט געװוארט אױיף זײַן באַלעבאָס, אױיף די קאָזלעם פֿון דער קאַרעטע, האָב איך געזעהן, װוי ער האַלט אַ תהלים און זאָגט גאַנץ געשמאַק אַ קאַפּיטעל.

אײַנע פֿון די זאַרכי באַלעבאַסטעס האָט מיך אײַנגעלאַדען צו געבען איהר בן-יחיד אוראָקען. איך בין געקומען און האָב געפֿונען אַ יונגעל פֿול מיט מיטעל-אַלטערישער אונװויסענהייט און װוילדקייט. דער זוהן, אַ „בחור'ל" פֿון אַ יאָהר פֿופֿצען, זעכצען, האָט מיר אַרײַנגערוקט אַ משוגענעם שלום-עליכם און האָט זיך געזעצט ניט אנדערש װוי מיט מיר אױיף אײן שטוהל. װוען עס 457איז געקומען צו דעם פּרײַז, האָט די „מיליאָנערסקע" מאַמע זיך גענומען דינגען, װוי זי האָט זיך מסתמא גערונגען מיט אַ פֿױיער איבער אַ װואָגען האָלץ. דער סוף איז געװוען, אַז איך האָב געזאָגט עפּעס אַ תירוץ און בין אַװועק.

דאָך קען מען ניט זאָגען, אַז אלע װועליזשער גבירים זײַנען געװוען אױיסגעגאָסען אין דעם זעלבען פֿורעם. עס זײַנען געװוען אײַניגע אױיסנאַמען, און צװוישען זײי איז געװוען אַ משפּחה מיט'ן נאָמען באַס — אױיך װואַלד-הענדלער. זײיער שטוב האָט זיך געפֿיהרט גאַנץ מענשליך און צימליך-הײַנטצײַטיג.

מיט אַ קורצער צײַט, אײַדער מיר זײַנען געקומען קײן װועליזש, האָבען זײי חתונה געמאַכט זײיער אינגערע טאָכטער — אַ שעהנע שװוארץ-חנ'עוודיגע מיידעל — פֿאַר אַ גאַנץ אינטעליגענטען יונגענמאַן (פֿון פּינסק, דאַכט זיך). דער אײַדעם איז געװוען ניט קײן נאַרישער מענש, אַ טאַקטפֿולער און אַ פֿאַרטגעשריטענער, און ער איז געװוען געקלײדעט פֿולשטענדיג אײראָפּעאיש. צילישטיין און איך זײַנען מיט איהם באַפֿרײַנדעט געװוארען, און מיר פֿלעגען אָפֿט אַרײַנקומען אין זײיער שטוב.

נאָך אַ פּאָר אײַדעמס זײַנען געװוען, מיט װועמען מען האָט געקענט ריידען. און זײי אלע האָבען זיך געקלעפּט צו אונז.

אזױי לאַנגװוייליג װוי פֿריהער איז שױין ניט געװוען. אין גאַנצען גענומען אָבער האָט דער װועליזשער לעבען אױיף מיר נאָך אַלץ געמאַכט אַ שװוערען אײַנדרוק. און פֿון מײַנע ערפֿאַהרונגען אין דער אוטשילישטשע איז ער ניט לײַכטער געװוארען.

עס האָבען זיך אַנגעהױיבען די אוראָקען אין די קלאַסען. די שילער זײַנען געװוען קלײן-שטעטעלדיגע חסידישע אינגעלעך מיט גרױיסע פאות. אָבער נעמען האָבען זײי געהאַט עכט-רוסישע, אזױי װוי אױיף שפּאַס. איך רוף, למשל, אױיס דעם בא458ריהמטען רוסישען נאָמען „לאָמאַנאָסאָװו", און שטעלט זיך אונטער אַנידער אַ צװועלף-יעהריגער חסיד'ל מיט אַ נאָז, װואָס דאַרף נױיטיג האָבען אַ פֿאַטשיילקע.

פֿאַרשידענע אײַנצעלהייטען פֿון דיזען מין האָבען שלעכט געװוירקט אױיף מײַן געמיט. איך פֿלעג זיך אָפֿט פֿיהלען אונגליקליך. „צי דען בין איך פֿאַראורטיילט אזױי צו פֿאַרברענגען אַ יאָהר נאָך אַ יאָהר?" — פֿלעג איך זיך פֿרעגען אין פֿאַרצװוייפֿלונג.

מײַן בעסטער צײַט-פֿאַרטרײַב איז געװוען זיך פֿאַרצושטעלען, אַז עס איז שױין נאָהענט צו פּסח, און מען לאָזט אונז פֿאַהרען אהיים אױיף יום-טוב.

3
הענריך יאַצקעװויטש. — אונזער דירה. — אַ באַזוך אין נעװועל. — איסאַק מערסאָן. — צװויי מעדװועדיעװוס.

אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל איז דערמאָנט געװוארען אַ שילער פֿון דעם קריסטליכען לעהרער-אינסטיטוט, װועלכער האָט געהערט צו אונזער רעװואָלוציאָנערען „קרוזשאַפֿט". דיזער קריסט האָט גראָד געהאַט אַ חבר אין װועליזש — אַ רוס מיט'ן נאָמען מעדװועדיעװו, װועלכען ער האָט מיר רעקאָמענדירט אַלס אײַנעם פֿון „אונזערע". מעדװועדיעװו איז אױיך געװוען אַן אינסטיטוטשיק. ער איז אָבער געבליבען אױיף אַ יאָהר אין דער היים, צוליב דעם שלעכטען צושטאַנד פֿון זײַן געזונט.

װועליזש שטעהט אױיף דער דװוינא, װועלכע צושנײַדעט איהר אױיף „די גרױיסע זייט" און „די קלײנע זייט". װוינטער, װוען דער טײַך שטעהט, געהט מען פֿון אײן זייט אױיפֿ'ן אנדערען אַריבער צו-פֿוס. זומער געהט מען אַ „פּראָם". אונזער אוטשילישטשע איז געװוען אױיף דער „גרױיסער זייט", און מעדװועדיעװו האָט זיך אױיפֿגעהאַלטען אױיף דער „קלײנער זייט", בײַ אַ זײַדען, װועלכער האָט דאָרטען געהאַט אַ געשעפֿט.

איך האָב זיך אהין אַריבערגעשיפֿט מיט'ן „פּראָם". דער 459זײַדע — אַ רוסישער קופֿיעץ פֿון דעם געװועהנליכען טיפּ — האָט מיר ערקלערט, אַז זײַן אײַניקעל איז אױיך אַ געװויסער צײַט אַװועקגעפֿאָהרען אין אַ דאָרף. ער האָט מיך אָבער אזױי גיך ניט אַװועקגעלאָזען. ער האָט מיר געגעבען כיבוד און גאַסטפֿרײַנדליך געשמועסט מיט מיר װועגען אונזער אוטשילישטשע און װועגען װועליזש אין אלגעמיין. צו זײַן אַ גאַסט אין אזא שטוב, איז פֿאַר מיר געװוען אַן אינטערעסאַנטע נײַע ערפֿאַהרונג.

איך בין געװוען שטאַרק ענטוישט פֿון זײַן אײַניקעל'ס אָפּװועזענהיים, אָבער דער שיקזאַל האָט מיך דעם זעלבען טאָג באַפֿרײַדינט מיט אַן אנגענעהמען סורפּריז, װועלכער האָט געפֿיהרט צו אנדערע װוילקאָמענע באַקאַנטשאַפֿטען.

צילישטיין און איך זײַנען גענאַנגען באַזוכען אַ קװוארטיר. דאָס איז געװוען אַ „פֿליגעל" (אַ קלײנע געבײַדע, װועלכע געהערט צו דעם הױיפּט-בנין), דאָס אײַגענטום פֿון אַן אלטען דאָקטאָר מיט'ן נאָמען יאַצקעװויטש. יאַצקעװויטש איז געװוען דער באַלעבאָס פֿון דער אוטשילישטשע געבײַדע, פֿון די קראָמען אונטער איהר און פֿון אַ פֿאַר אנדערע געבײַדעם אױיפֿ'ן מאַרק.

זײַן אײַגענע דירה אָבער איז געװוען אנדערשװואו — אױיף אַ שטילער גאַס פֿון די הילצערנע הײַזער און גערטנער, אין מיטען פֿון אַ הױיף מיט אַ סאָד; און דער „פֿליגעל" איז געשטאַנען צו דער גאַס.

װוען מיר זײַנען געקומען, האָט ער אונז ערקלערט, אַז אױיף דער קװוארטיר, װואָס ער װויל אונז פֿאַרדינגען, װואױינט צײַטװוייליג זײַן זוהן, הענריך, װועלכער האָט אָקאָרשט געענדיגט די װויטעבסקער גימנאַזיע און קליבט זיך צו פֿאַהרען אין אַן אונױיװוערזיטעט. ער האָט אונז געװוויזען דריי צימערלעך מיט אַ בױידעם. דאָס איז געװוען דער גאַנצער „פֿליגעל". די צימערלעך זײַנען אָבער געװוען שעהן און באַקװועם.

אױיפֿ'ן טיש און אױיפֿ'ן קאַמאָד זײַנען געלעגען פּאָרטרעט בילדער פֿון ראַדיקאַלע שרײַבער און דענקער, װוי פּיסאַרעװו, דאָברעליובאָװו און לאַסאַל.

— קען דאָס זײַן, אַז דער הענריך איז אײַנער פֿון „אונזערע"? — האָב איך זיך געפֿרעגט אין אַ תענוג'דינער איבעררא460שונג. אַז ער איז ראַדיקאַל געשטימט — װועגען דעם האָט קײן פֿראַגע ניט געקענט זײַן.

שפּעטער, װוען דער פֿאַטער האָט אונז פֿאָרגעשטעלט הענריך'ן, האָט זײַן אױיסזעהן — אַ בלאָנדער, מיט אַן אינטערעסאַנטען, בלאַסליכען, זעהר אינטעליגענטען פּנים — פֿאַר מיר באַשטעטיגט דעם אײַנדרוק, װואָס די בילדער האָבען אױיף מיר געמאַכט.

אונזער געשפּרעך איז צוערשט געװוען זעהר אַ פֿאָרזיכטיגער. ביסלעכװוייז אָבער האָבען מיר ביידע דערפֿיהלט, אַז מיר קענען זיך געטרױיען. און מיר האָבען גענומען ריידען אָפֿענער.

ער איז געװוען אַ מיטגליד פֿון דעם װויטעבסקער „קרוזשאָק". איך האָב איהם געװוויזען מײַנע „סאָװורעמעניקס" און אַ פֿאַר נומערן „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", װואָס איך האָב מיטגענומען פֿון װוילנא; און ער האָט מיר געװוויזען אַ פֿאָטאָגראַפֿישע בילד פֿון טשערנישעװוסקי'ן און אַן אונטער-ערדישען ביכעל, װועלכער האָט כלומ'רשט ענטהאַלטען אַ רעליגיעזע דרשה*. די דרשה איז געװוען אַ רעװואָלוציאָנערע און זי איז געװוען געשריבען אין אַ פּױיערישער שפּראַך; װואָרים דאָס ביכעל איז געװוען ספּעציעל געדרוקט אױיף צו פֿאַרטיילען אין דאָרף.

די נעקסטע עטליכע טעג האָב איך גאַנצע נאָכמיטאַגס און אװוענדען פֿאַרברעכט מיט הענריך'ן.

אײַדער דער יונגער יאַצקעװויטש איז אַװועקגעפֿאָהרען (קײן װוארשע), האָט ער אונז צוזאַמענגעפֿיהרט קײן סיווועץ, אַ מײַאַנטעק, זיבען װויאָרסט פֿון װועליזש, און װואו ער האָט אונז פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ ראַדיקאַלער פֿריצישער פֿאַמיליע מיט'ן נאָמען לאַכאָװו.

װוען הענריך איז אַװועקגעפֿאָהרען, האָבען מיר זיך איבערגענקליבען אין דעם „פֿליגעל". אַ קלײנינקע הײַזעל, אָבער דאָך אַ גאַנץ הױיז פֿאַר זיך. מיר האָבען זיך מיט איהר געפֿרעהט, װוי אַ אינגעל מיט זײַן ערשטער פֿאַר הױיזען.

* דער נאָמען פֿון דעם ביכעל איז געװוען „סלאָװואָ װו' װועליקי פּיאַטאָק", דאָס הייסט, אַ דרשה אין דעם פֿינפֿטען פֿרײַטאָג פֿון דעם גרױיסען פֿאַסט.

461איך האָב פֿאַנאַנדערגעלייגט מײַנע ביכער. די 23 נומערן פֿון טשערנישעװוסקי'ס „סאָװורעמענניק" זײַנען געװוען די פּערל פֿון מײַן ביבליאָטעקל.

אָפֿיציעל זײַנען די אַלטע נומערן פֿון דעם זשורנאַל פֿאַרבאַטען קײנמאָל ניט געװוען. עס איז זײי סתם געװוען שװוער צו קריגען; און אין די ביבליאָטעקען פֿלעגט מען זײי צום לעזען ניט אַרױיסגעבען. אין אַ גרױיסער שטאָדט איז צו האַלטען אזעלבע ביכער געװוען ניט קײן זיכערע זאַך. זײי װואָלטען געצױיגען אױיפֿמערקזאַמקייט און ערװועקט אַ חשד, אַז איהר זײַט פֿון „יענע".

אָבער אַז אין אַ פֿאַרװוארפֿען שטעדטעל, װוי װועליזש, זאָל די פֿאָליציי און די זשאַנדאַרמעריע האָבען אַן ענטװויקעלטען חוש אױיף אזעלבע זאַכען — דאָס האָט זיך ניט געגלױיבט. אַלזאָ, האָב איך זײי אױיסגעלייגט אין אײַנעם פֿון די אָפֿענע שופֿלאָדען פֿון דעם קאַמאָד, װואָס האָט מיר געדינט פֿאַר אַ בוך-אַלמער.

הענריך יאַצקעװויטש האָט מיר איבערגעלאָזען זײַן פֿאָטאָגראַפֿישען בילד פֿון טשערנישעװוסקי'ן און דעם „דרשה"-ביכעל. דאָס און מײַנע צװויי נומערן „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ" האָב איך, נאַטירליך, געהאַלטען אין אַן אנדער פּלאַץ.

איך האָב געלעזען פֿאַרשידענע אַרטיקלען אין די „סאָװורעמענניקס" און איך האָב אָנגעהױיבען צו לערנען פֿראַנצױזיש.

די צײַט איז געװוען פֿאַרנומען; דאָס לעבען איז געװוען ברײיטער און אינטערעסאַנטער. אָבער די בענקעניש אהיים האָט די ערשטע צײַט אַלץ ניט אױיפֿגעהערט, און דעריבער זײַנען מיר אױיף סוכות — אונגעפֿעהר זעקס װואָכען נאָך אונזער קומען קײן װועליזש — געפֿאָהרען צו גאַסט צו אונזערע צװויי חברים פֿון דעם אינסטיטוט, אונזער „זײַדע" טראַצקי און יונאָװויטש, װועלכע האָבען געהאַט לעהרער-שטעלעם אין נעװועל, אױיך װויטעבסקער גובערניע.

נעװועל איז אזױי גרױיס װוי װועליזש און האָט געהאַט דעם זעלבען חסידישען און קלײן-שטעדטעלשען כאַראַקטער. אונזער באַזוך איז דאָרטען דעריבער געװוען אַ סענסאַציע.

462מען האָט אונז אײַנגעלאַדען אױיף מאָלצײַטען, װועטשערינקעס. עס האָט זיך אָנגעהױיבען אַ סדרה פֿון הוליאַנקעס. אױיפֿ'ן גאַס איז מען נאָך אונז נאָכגעלאָפֿען. אַ שדכן האָט זיך מיט אונז פֿאַראינטערעסירט. מיר האָבען איהם אָבער צו זיך ניט צוגעלאָזען.

נאָך סוכות, װוען מיר האָבען זיך אומגעקערט קײן װועליזש, האָט זיך אָנגעפֿאַנגען די רעגעלמעסיגע שול-אַרבייט. און מײַנע באַקאַנטשאַפֿטען האָבען זיך נאָך װוייטער פֿאַרגרעסערט.

אין װועליזש איז געקומען אַן אמת'ער אינטעליגענט — אַ דאָקטאָר, קלײן-געװוויקסיגער יונגערמאַן מיט שװוארצע האָר און אַ פּנים אזױי דונקעל װוי צילשטיין'ס — זעהר אַ פּעהיגער און באַלעזענער יונגערמאַן. איסאַק מערסאָן איז געװוען זײַן נאָמען. ער איז געװוען אַ זוהן פֿון אַ װועליזשער למדן. ער האָט אױיסגעהאַלטען דעם עקזאַמען אױיף אלע קלאַסען גימנאַזיע און האָט זיך געקליבען צו פֿאָהרען אין אַן אונױיװוערזיטעט. אָבער פֿאַרלױיפֿיג האָט ער זיך באַזעצט אין װועליזש אױיפֿ'ן װוינטער. מיר זײַנען מיט איהם באַקאַנט געװוארען, און ער פֿלעגט אונז אָפֿט באַזוכען.

מעדװועדיעװו, דער קריסטליכער אינסטיטוטשיק, איז געקומען פֿון דאָרף און ער האָט אונז באַקאַנט געמאַכט מיט נאָך אַ מעדװועדיעװו, אַ געװועזענער שילער פֿון דעם פּעטערסבורגער לעהרער-אינסטיטוט, אַ בילד-שעהנער יונג.

4
די לאַכאָװו-פֿאַמיליע. — קאַרל מאַרקס. — אונזער װועליזשער „קרוזשאָק".

די לאַכאָװו, די פֿריצישע פֿאַמיליע, מיט װועלכער דער יונגער יאַצקעװויטש האָט אונז באַקאַנט געמאַכט פֿאַר זײַן אַװועקפֿאָהרען, האָבען אָפֿט נאָך אונז געשיקט אַ קאַרעטע פֿון זײיער מײַאַנטעק, און מיר פֿלעגען אמאָל בײַ זײי פֿאַרברענגען אַן אָװוענד און אמאָל פֿון פֿרײיטאָג נאָכמיטאָג ביז זונטאָג אין דער פֿריה.

463די פֿאַמיליע איז באַשטאַנען פֿון אַן אלמנה, איהרע צװויי מעכטער, איהר זוהן און אַ גוװוערנאַנטין פֿאַר דער אינגערער מיידעל. די מוטער איז געװוען אַ ברונעטקע, ניט קײן הױיכע, אַ קלוגע, אַ פֿאַר'דאגה'טע. איהר עלטערע מעכטער, װויערא, האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ מיידעל מיט אַ שטאַרקען כאַראַקטער. זי האָט גערעדט װוייניג. װוען זי פֿלעגט אַ שמייכעל מאַן, פֿלעגען איהרע װוייסע ציין און איהרע גרױיע אױיגען שײַנען מיט אַן אינטערעסאַנטען ליכט. די אינגערע, ליאַנא, איז געװוען זעהר אַ שעהנע, אָבער אַ לײיכטזיניגע. זײיער ברודער, קאָליא, איז געװוען אַ לעב-יונג, אַ גוט-האַרציגער, אַ הײיס-קאָפֿ פֿון דעם עכט-רוסישען סאָרט. די פֿאַמיליע האָט געלעבט אױיף דעם רוסיש-פֿריצישען שטייגער; און װוי פֿילע פֿריצים, האָבען זײי דעם מײַאַנטעק געפֿיהרט אָהן אַ טאָלק, פֿאַרלאָזענדיג זיך צופֿיל אױיף אַ געדונגענעם פֿאַרװואַלטער, אַ דײיטש פֿון דעם באַלטישען געגענד, װועלכער האָט קױים גערעדט רוסיש. די גאַסט-פֿרײַנדליכקייט פֿון דער הױיז איז געװוען אַ ברײיטע, אַ װוארימע, אַן עכט-רוסישע.

ליאַנא'ס גוװוערנאַנטין איז געװוען אַ קריסטליכע מיידעל פֿון װויטעבסק און זי האָט געהערט צו דעם װויטעבסקער „קרוזשאָק". װויערא האָט אױיך סימפּאַטיזירט מיט דער רעװואָלוציע, און די מוטער אױיך.

װוען מיר פֿלעגען זײי באַזוכען, פֿלעגען מיר די צײַט פֿאַרברענגען אין שמועסען, לעזען צוזאַמען, זינגען און אַביסעל טריבען פּראָפּאַגאַנדע צװוישען די סיווועצער פֿױערים.

אַ פּאָר מאָל, װוען די אלמנה איז געפֿאָהרען קײן װויטעבסק, האָט זי פֿון דאָרטען מיטגעבראַכט די לעצטע נומערן „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", װועלכע זי האָט באַקומען פֿון דער גוװוערנאַנטין'ס אַ שװועסטער.

אײַנמאָל בין איך מיט די לאַכאָװו אין זײיער קאַרעטע געפֿאָהרען קײן װויטעבסק, װואו איך בין באַקאַנט געװוארען מיט אײַניגע מיטגלידער פֿון דעם דאָרטיגען „קרוזשאָק" — אידען און קריסטען. אײַנער פֿון זײי האָט מיר געליהען קאַרל מאַרקס'עס „קאַפּיטאַל" אױיף רוסיש (מעהר װוי דער ערשטער באַנד איז דאַן 464נאָך ניט געװוען). איך האָב דעם בוך מיטגענומען קײן װועליזש און בין אָפֿגעזעסען גאַנצע אָװוענדען, לעזענדיג און אַרײַנדרינגענדיג אין די טיפֿענישען פֿון זײַן אינהאַלט.

אין װועליזש גופֿא האָט זיך בײַ אונז אָנגעקליבען אַ גאַנצער „קרוזשאָק" פֿון קריסטליכע און אידישע מיטגלידער. צװוישען די ערשטע זײַנען געװוען די קריסטליכע לעהרער פֿון צװויי דאָרפֿ-שולען, ניט װוייט פֿון װועליזש. אײַנער פֿון זײי, אַ הױיכער מאַן פֿון אַ יאָהר פֿערציג, מיט אַ פֿױיערישען פּנים, איז דאַן געװוען פֿאַרקאַכט אין פּאָליטישער עקאָנאָמיע און ער האָט זיך בײַ מיר צוגעכאַפֿט צו טשערנישעװוסקי'ס איבערזעצונג פֿון מיל'ס װוערק.

דער צװוייטער לעהרער איז געװוען אַ יונגער און קלענער געװואַקסען. ער האָט זעלטען (און װוען) אױיסגערעדט אַ װוארט. ער פֿלעגט זיצען און זיך צוהערען צו אונזערע רעװואָלוציאָנערע שמועסען. װוען מען פֿלעגט ריידען װועגען די העלדישע קעמפֿער און זײיער מאַרטירערײַ, פֿלעגט ער שלינגען יעדען װוארט און אזױי סאַפֿען פֿון באַגײיסטערונג.

די באַקאַנטע, װועלכע מיר האָבען געקענט פֿאַרטרױיען, פֿלעגען זיך פֿאַרזאַמלען אױיף אונזער קװוארטיר, לעזען, טאַלקעװוען, דעבאַטירען. אונטער-ערדישע ליטעראַטור האָב איך עטליכע מאָל ערהאַלטען פֿון דעם װויטעבסקער „קרוזשאָק". װוען איך האָב באַקומען עטליכע קאַפּיעס פֿון אַ פּראָקלאַמאַציע אָדער אַ נײַעם נומער פֿון דעם אונטער-ערדישען אָרגאַן „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", פֿלעג איך אַ טייל פֿון זײי פֿאַנאַנדערשיקען צו פֿאַרטרױיענסװוערטע באַקאַנטע. איך פֿלעג די „טריפֿה סחורה" אײַנװויקלען אין אונטער-הױיזען, אָדער זאַקען און אזױי אַװועקשיקען דורך פּאָסט, אַלס אַ פּעקעל נײַע װועש.

טשערנישעװוסקי'ס בילד, װועלכע דער יונגער יאַצקעװויטש האָט מיר איבערגעלאָזען, האָב איך אַרײַנגעטראָגען צו אַ װועליזשער פֿאָטאָגראַפֿטשיק און באַשטעלט בײַ איהם אַ פּאָר טוץ קאָפּיעס (איך האָב איהם געזאָגט, אַז דאָס איז מײַנער אַ שװועסטער-קינד). די בילדער זײַנען דערנאָך פֿאַרקױיפֿט געװוארען 465אין װויטעבסק צו גונסטען פֿון „רױיטען קרײיץ" פֿון דער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג.

נײַ-יאָהר האָבען מיר פֿאַרבראַכט אין סיווועץ, מיט אַ מאָלצײַט, מעשׂות און געזאַנג פֿאַר די קינדער פֿון די פֿױיערים. דער גײיסט פֿון יום-טוב איז געװוען געמישט מיט דעם גײיסט פֿון רעװואָלוציע.

5
דאָקטאָר יאַצקעװויטש און זײַן פֿאַמיליע.

די „פֿאָרטרױיטע" זײַנען, נאַטירליך, ניט געװוען די אײַנציגע, װואָס האָבען באַזוכט אונזער װאוינונג. צו אונז פֿלעגען אױיך אַרײַנקומען עטליכע אידישע יונגעלײַט, װועלכע האָבען פֿון אונזערע רעװואָלוציאָנערע אינטערעסען ניט געדאַרפֿט װוייסען. דאָס רוב פֿון זײי זײַנען געװוען סתם „הײַנטװועלטיגע"; זײי פֿלעגען אַרײַנקומען רױיכערען אַ פּאַפּיראָס אום שבת, הערען אַ פֿאַר „אַפֿיקורסישע" װוערטער און אזױי פֿאַרברענגען אַ שטונדע בײַ די „אוטשיטיעלעס" (לעהרער). אױיך פֿלעגען אונז באַזוכען אַ פֿאַר „האַלב-הײַנטצײַטיגע": אַ פֿאַר אײַדימעס פֿון באַלעבאַטישע פֿאַמיליעס, דער פֿעלדשער פֿון שטאָדט, װועלכער איז געװוען פֿול מיט אינטערעסאַנטע מעשׂות, און נאָך אײַניגע. מען פֿלעגט דערפֿען געדענקען װוי מיט װועמען צו ריידען.

אַ פֿאַר װוערטער װועגען דער הױיז, װואו איך האָב געװואױינט.

איך האָב שױין דערמאָנט, אַז דער באַלעבאָס פֿון מײַן קװוארטיר איז געװוען אַן אלטער דאָקטאָר מיט'ן נאָמען יאַצקעװויטש. ער האָט געהאַט צװויי טעכטער און צװויי זיהן. מיט דעם עלטערען זוהן, װועלכער איז איצט געװוען אין װוארשע, איז דער לעצטער שױין באַקאַנט. דער אינגערער איז געװוען אין דעם לעצטען קלאַס פֿון װויטעבסקער גימנאַזיע, און די אינגערע טאָכטער איז געװוען אין דער װויטעבסקער גימנאַזיע פֿאַר מיידלעך. אין שטוב איז געװוען נאָר די עלטערע טאָכטער, ניט קײן פֿאַרהײַראַטע. דער דאָקטאָר 466האָט שױין לאַנג געהאַט אױיפֿגעגעבען זײַן פּראַקטיק. ער האָט געלעבט פֿון דער ארענדע, װואָס ער האָט באַקומען פֿון זײַנע הײַזער און קראָמען.

אַ הױיכער, אַ דאַרער, אַ שװואַכער און זעהר אַ גוטער איז געװוען דיזער דאָקטאָר יאַצקעװויטש. און אלע זײַנע קינדער זײַנען אױיך געװוען גוטע. ער איז געװוען אַ פּאָליאַק. פּױיליש ריידען האָט ער ניט געקענט קײן װוארט; דאָס האָט איהם אָבער ניט געשטערט צו זײַן אַ פּױילישער פּאַטריאָט.

ער האָט שטאַרק געליטען פֿון דעם ביטערען טראָפּען. עטליכע טעג נאָכאַנאַנד פֿלעגט ער זײַן טױיט-שכּור. דערנאָך, װוען ער פֿלעגט נעהמען זיך אױיסניכטערען, פֿלעגט ער אַ פֿאַר טעג זיך געפֿינען אין אַ נערװועזען צושטאַנד, מיט אַ ציטערניש אין אלע מוסקולען, װוי אַ פּאַראַליזירטער. דאַן פֿלעגען אָנקומען אַ פֿאַר ניכטערע טעג און נאָכדעם פֿלעגט ער װוידער אַרײַנפֿאַלען אין דער געװואוינהיים, גענען װועלכער ער איז געװוען מאַכטלאָז. אָבער, צי ער האָט זיך געפֿונען אין אזא צושטאַנד צי אין אזא, אַ גוטע נשמה איז ער אימער געװוען.

אײַנמאָל, בײַנאַכט, האָט ער אַרינגעשיקט מאַריא'ן, די דינסט, מיר רופֿען, מיך בעטען, איך זאָל אַרײַנקומען צו איהם. איך בין אַרײַנגעקומען און האָב איהם געפֿונען אַ באַזױיפֿענעם. װוען ער האָט מיך דערזעהען, האָט ער מיר גענומען דריקען די הענט און כליפּען: „אַבראַם סאַפֿאַנאָװויטש, אַבראַם סאַפֿאַנאָװויטש! * אין װוארשע איז נאָך עד היום ניטאָ קײן קאַנאַליזאַציע (פּלאַמבינג)." און ער האָט זיך צוװוויינט אױיפֿ'ן קול.

די טאָכטער האָט זיך צולאַכט מיט איהר גוטען געלעכטער, און בײַדע האָבען איהם ביסלעכװוייז באַרוהיגט, פֿאַרזיכערענדיג איהם, אַז מען װועט שױין אין װוארשע מאַכען אַ קאַנאַליזאַציע.

די טאָכטער, װועלכע פֿלעגט פֿיל רױיכערען, אזױי װוי די מאַדאַם 467לאַכאָװו, איז אימער געװוען גוט אױיפֿגעלייגט. איך האָב איהר קײנמאָל ניט געזעהן אַ פֿאַרטרױיערטע אָדער אַ בײיזע. װואָס עס האָט זיך ניט געטראָפֿען אין שטוב, פֿלעגט זי אַלץ באַטראַכטען פֿון אַ הומאָריסטישען שטאַנדפֿונקט.

* אזױי פֿלעגט מען מיך דאָרטען רופֿען, אױיפֿ'ן רוסישען שטייגער. שכֿנא, מײַן פֿאָטער'ס נאָמען, איז פֿאַרװואַנדעלט געװוארען אין דעם רוסישען נאָמען „סאַפֿאָן". שפּעטער, װוען מײַן פֿאָטער האָט זיך דערװואוסט דערפֿון, האָט עס איהם זעהר פֿאַרערגערט.

זי האָט געשפּילט פּיאַנאָ. דער אינסטרומענט איז געװוען אַן אלטער און די בײַנדלעך (קלאַװוישען) זײַנען מאַקע געװוען פֿון בײן — זעהר אײַנגעטריקנעט און פֿאַרגעלבט פֿון אלטקייט. די קלאַנגען, װואָס די פּיאַנאָ האָט אַרױיסגעגעבען, זײַנען עפּעס אױיך געװוען װוי פֿאַרטריקענטע און פֿאַרגעלבטע. זי פֿלעגט אױיף איהר שפּילען פּאָפּולערע, לײיכטע זאַכען. קײן גרױיסע מוזיקערין איז זי ניט געװוען; אין איהר שפּילען האָט אָבער געקלונגען איהר אײיביג גוטמוטיגער גײיסט.

אױיף װוײַנאַכטען (קריסטמעס) איז פֿון װויטעבסק געקומען איהר אינגערער ברודער און אינגערע שװועסטער. מיר זײַנען באַקאַנט געװוארען, און איך און צילשטיין האָבען די עטליכע טעג פֿאַרבראַכט מיט זײי צוזאַמען. הענריך'ס דער אינגערער ברודער האָט זיך מיט פּאָליטישע פֿראַגען ניט אינטערעסירט. דאָס איז געװוען אַ לעב-יונג, אַן אונערמידליכער שטיפֿער, און ער האָט אונז אין זײַנע הוליאַנקעס אַרײַנגעצױיגען.

די אינגערע פֿרײַלין יאַצקעװויטש איז געװוען אַ שטילע, אַביסעל אַ פֿאַרטראַכטע. זי איז צו מיר צוגעשטאַנען, איך זאָל איהר אױיסלערנען דעם אידישען אלף-בית. איך האָב געמיינט, עס איז נישט מעהר װוי אַ קאַפּריז און איך האָב דעם קאַפּריז איהר נאָכגעגעבען. זי האָט זיך אָבער גענומען צו דעם אלף-בית גאַנץ ערנסט, און מיט אַ פֿאַר װואָכען שפּעטער, װוען זי איז שױין געװוען צוריק אין װויטעבסק, האָב איך פֿון איהר באַקומען אַ רוסישען בריף, געשריבען מיט אידישע אותיות. אַ היבשער טייל פֿון בריף האָט געהאַט אזא כאַראַקטער, פֿון װועלכען די פּאָליציי האָט ניט באַדאַרפֿט װוייסען.

די גאַנצע פֿאַמיליע יאַצקעװויטש איז געװוען זעלטען פֿרײַנדליך און צוגעבונדען צו אונז — צו צילשטיין'ען און צו מיר. זײיער אלטע דינסט, מאַריא, אױיך. דיזע דינסט איז געװוען זעהר 468אַ רעליגיעזע, און דער פֿאַקט, אַז מיר זײַנען אין װועליזש אָהן עלטערען, האָט אין איהר פֿרומער נשמה ערװועקט אַ ספּעציעלען אינטערעסען צו זײַן אַ מוטער צו אונז. זי פֿלעגט פֿאַר אונז קאָכען, באַקען, אַרומגעהן אונז — טאַקע װוי אַ מוטער. דאָס, װואָס מיר זײַנען ניט קײן קריסטען, האָט איהר ניט געשטערט דערבײַ. אַפֿשר איז דאָס געװוען צוליב דעם, װואָס מיר האָבען גערעדט רוסיש אזױי װוי די קריסטען, און געװוען אַנגעטאָן װוי „טשינאָװוניקעס"; און אַפֿשר איז דער עיקר דער באַשטאַנען אין דעם, װואָס יאַצקעװויטש'עס קינדער, װועלכע זי האָט אױיסגעהאָדעװועט אױיף איהרע הענט, זײַנען געװוען אזױי באַפֿרײַנדעט מיט אונז.

6
שטימונגען. — מײַן ערשטער געדרוקטער אַרטיקעל.

כמעט יעדער טאָג האָט געבראַכט נײַע אײַנדריקע. דאָס און מײַן נײַע זעלבסטשטענדיגקייט, די ראָלע, װואָס איך האָב געשפּילט אין שטעדטעל, די ראָלע, װואָס איך האָב געשפּילט אין דעם געהיימען „קרוזשאָק", און דער הױיכער מאָראַלער געפֿיהל, װועלכער איז געװוען פֿאַרבונדען מיט מײַן סאָציאַליסטישער באַגײַסטערונג, — דאָס אלץ אײַנאיינעם איז געװוען, װוי װויין אין מײַנע יונגע יאָהרען.

אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל האָב איך דערצעהלט װועגען דער גײַסטיגער רעװואָלוציע, װואָס איז אין מיר פֿאָרגעקומען, און װועגען דער באַרוהיגענדער װוירקונג, װואָס זי האָט אױיף מיר געהאַט אין באַצוג צו מײַנע אױיגען. דאָס איז פֿאַרבליבען. אױיך אַ װואונש אױיסצוזעהן שעהן האָב איך אַלץ געקוקט מיט פֿאַראַכטונג.

דאָס הייסט אָבער ניט, אַז זײַנענדיג אין װועליזש, האָב איך קײנמאָל ניט געהאַט קײן קאָקעטישען באַװואוסטזײַן פֿון מײַנע נײַע קאָסטיומען, פֿון דעם אָפֿיציעלען פֿראַק מיט די מעשענע קנעפּ, װועלכען איך פֿלעג טראָגען אין קלאַס, און פֿון דער אָפֿיציעלער בלױיער היטעל מיט דער קאָקאַרדע, װואָס איך פֿלעג טראָגען אױיפֿ'ן גאַס. אױיך הייסט דאָס ניט, אַז איך האָב זיך 469קײנמאָל ניט געפֿיהלט געהױיבען מיט מײַנע קריסטליכע באַקאַנטשאַפֿטען. און װוען איך פֿלעג זיך אַ פֿאַר כאַפּען בײַ אזא געפֿיהל, פֿלעג איך זיך מוסר'ן — אַפֿשר מיט'ן גאַנצען הארצען און אַפֿשר ניט — װוי עס מוסר'ט זיך אַ פֿרומער איד, װוען ער כאַפּט זיך בײַ אַ זינדיגע געדאַנקען.

פֿון די שמערצען, װואָס מײַנע קאָסאַקסע אױיגען פֿלעגען מיר פֿריהער פֿאַרשאַפֿען, בין איך איצט יעדענפֿאַלס געװוען פֿרײַ. פֿילײיכט איז דאָס געװוען דערפֿאַר, װואָס איך האָב איצט איבערהױיפֿט געהאַט מעהר צוטרױי צו זיך. איך האָב זיך איבערצײַגט, אַז איך שפּיל אַ ראָלע און ציה אױיפֿמערקזאַמקייט, טראָץ מײַנע קרומע אױיגען...

ניט לאַנג נאָך מײַן קומען קײן װועליזש האָב איך זיך צום ערשטען מאָל געזעהן אין דרוק. איך האָב צוגעשיקט אַ קורצען אַרטיקעל אין דעם „רוסקי יעװורעי"* און ער איז אָפֿגעדרוקט געװוארען. דער אַרטיקעל איז געװוען װועגען דער נױיטװוענדיגקייט צו האָבען אַ טעכנישע שול, צו לערנען מלאכות, אין װועליזש.

קײן באַדײַטונג האָט דאָס ניט געהאַט, און װועגען טאַלאַנט האָט דאָ אױידאי קײן רייד ניט געקענט זײַן. און דאָך האָט דער דאָזיגער אַרטיקעל געמאַכט אַ רושם אין שטעדטעל. די, װואָס האָבען נאָר געקענט אַביסעל רוסיש, האָבען געקראָגען דעם נומער, געלייענט דעם אַרטיקעל און באַװואונדערט דעם פֿאַקט, אַז „קאַהאַן דער אוטשיטיעל שרײַבט אַרײַן אין די רוסישע צײַטונגען".

איך האָב געטרױימט װועגען גרעסערע אַרטיקלען. לעזענדיג דעם „רוסקי יעװורעי" אָדער דעם „ראַסוועט", אָדער אַפֿילו אַן אַרטיקעל אין מײַן „סאָװורעמענניק", האָב איך געהאַט אַ נײַעם באַװואוסטזײַן, אַז איך בין שױין ניט װוי אלע לעזער — אַז מײַנער אַן אַרטיקעל איז אױיך אָפֿגעדרוקט.

* אײַנער פֿון די דריי װואָכען-בלעטער פֿאַר אידישע אינטערעסען, װואָס זײַנען דאַן ערשינען אױיף רוסיש.

470דער לעבען איז אלץ געװוארען פֿולער, רײַכער אין אינטערעסאַנטע איבערלעבונגען און פּלענער. עס װואָלט אָבער געװוען אַ טעות צו מיינען, אַז איך בין אימער געװוען צופֿרידען. עס זײַנען געװוען אַנדערע שטימונגען אױיך, און טאַקע אָפֿט. עס זײַנען געװוען פֿילע שטונדען און טעג, װוען װועליזש איז מיר געװוען צו לאַסט. דער אױיסזיכט צו בלײַבען „אַ לעהרעריל" אין אַ פֿאַרװוארפֿענער פּראָװוינץ איז פֿאַר מיר געהאַנגען װוי אַ פֿינסטערער שיקזאַל, און איך האָב אין זיך געהאַט צופֿיל לעבענס-לוסט און אונטערנעהמונגס-גײַסט זיך צופֿרידען צו שטעלען מיט אזא צוקונפֿט. איך פֿלעג אָפֿט אַרײַנפֿאַלען אין אַ מרה-שחורה. „װוי כאַפּט מען זיך אַרױיס פֿון דאַנען?" — פֿלעג איך זיך טראַכטען.

איך האָב געבענקט נאָך װוילנא. איך האָב געבענקט נאָך אַ ברײיטערער װועלט איבערהױיפֿט. אַז איך װועל אױיף לאַנג פֿאַרבלײַבען אַ װועליזשער לעהרער — דאָס האָב איך זיך איבערהױיפֿט ניט געװואָלט פֿאָרשטעלען, אַפֿילו װוען איך בין געװוען אין דער בעסטער שטימונג.