471עס איז געקומען נאָהענט צו פּורים. איך און צילישטיין האָבען געפּלאַנעװוועט צו פֿאָהרען קײן װוילנא אױיף פּסח. פֿלוצלינג דערװוייס איך זיך, דורך אַ קלוג-פֿאַרשטעלטען בריף פֿון מײַן מוטער, אַז אונזער װוילנער „קרוזשאָק" איז „אַרײַנגעפֿאַלען", און אַז עטליכע פֿון מײַנע הײַמישע חברים זײַנען אַרעסטירט.
„דײַן שװוארץ-חנ'עוודינער חבר, װואָס לערענט מיט רבקה'ן האָט זיך פֿאַרקיהלט; עס איז שױין געטראָפֿען די לויה — האָט די מוטער געשריבען — „מען האָט איהם באַגראָבען טיף, טיף, טיף. די קעלטען זײַנען גרױיס; היט זיך, מײַן זוהן! געה ניט אַרום אָהן אַ שאַליק (שאַרף)."
„טיף-טיף-טיף", זאָגט מען ניט ערנסט. אַ חוץ דעם: די קעלטען טעג זײַנען שױין געװוען פֿאַרבײַ. װואָס האָט די מאַמע זיך איצטער אַרומגעזעהן מיך צו װוארענען נעגען אַ פֿאַרקיהלונג? קורץ, עס איז געװוען דײַטליך, אַז דער בריף איז אַן אנצוהערענניש, אַז מײַן שװוארץ-חנ'עוודינער חבר, דער גימנאַזיסט ראַבינאָװויטש, װואָס האָט צוזאַמען מיט באַראַנעס'ען געװואױינט אױיף דער פּאָהוליאַנקער קװוארטיר, איז אַרעסטירט, און אַז ער איז ניט דער אײַנצינער.
אַ קורצע צײַט נאָכדעם, װוי איך האָב ערהאַלטען דיזען בריף, האָב איך און צילשטיין באַקומען אַ צװוייטען פֿאַרשטעלטען בריף. דיזען מאָל האָט זיך געהאַנדעלט װועגען אונזער חבר סטאַטשיק, 472װועלכער האָט צוזאַמען מיט אונז געענדיגט דעם אינסטיטוט און מיט מיר צוזאַמען געהערט צו דעם װוילנער „קרוזשאָק". פּונקט װוי צילישטיין און איך האָבען באַקומען שטעלען אין װועליזש, און טראַצקי מיט יונגאָװויטש'ען אין נעװועל, אזױי האָט ער באַקומען אַ לעהרער-שטעלע אין האַמעל. דערטען האָט מען איהם שפּעטער אַרעסטירט. די נאָכריכט איז אַנגעקומען צו דעם פֿאַרװואַלטער פֿון דער נעװועלער אוטשילישטשע, װועלכער האָט פֿריהער געהאַט אַ לעהרער-שטעלע אין האַמעל, און פֿלעגט זיך איצט קאָרעספּאָנדירען מיט זײַנע האַמעלער פֿרײַנד. אַלזאָ, האָט טראַצקי מיט יונגאָװויטש'ען אונז גלײַך געלאָזט װויסען װועגען דעם (פֿון זיכערקייט-װועגען האָבען זײי דאָס געשריבען דוקא אין אַן אָפֿענער פּאָסטקאַרטעל, אין אַ כלומרשט-דינגען טאָן פֿון פֿאַרדאמונג און איבערראַשונג, אַז סטאַטשיק זאָל זיך אַרױיסציִיגען פֿאַר „אזא סאָרט חבר'ה-מאַן").
פֿון האַמעל האָט מען סטאַטשיק'ען איבערגעפֿיהרט אין דעם „פֿערצעהנטען נומער", די פּאָליטישע טורמע פֿון װוילנא; און דערטען, אין אַן אײַנזאַמען קאַמער, האָט ער זיך אומגעבראַכט אױיף אַ ליילאַך.
איך האָב מיט סטאַטשיק'ען זיך קאָרעספּאָנדירט. איך בין אָבער געװוען זיכער, אַז ער האָט מײַנע בריף פֿאַרברענט, פּונקט װוי איך האָב אלע זײַנע בריף פֿאַרברענט.
אײַנמאָל, אין אַ פֿרײַטאָג נאָכמיטאָג, בין איך געלעגען אױיפֿ'ן בעט, אין אונזער קלײיניגקען שלאָף-צימערעל, און האָב געלעזען. צילישטיין איז ניט געװוען אין שטוב. איך בין עפּעס געװוען ניט געזונט, און מיר האָט זיך גענומען דרעמלען. דערבײַ האָב איך זיך דערמאָנט, אַז אין שטוב געפֿינען זיך אַ פֿאַר „אונטער-ערדישע" זאַכען. בין איך אױיפֿגעשטאַנען, האָב די „טריפֿה סחורה" אַרײַנגעטראָגען צו מאַריא'ן. „אַ אינגעל װועט נאָך דעם קומען" — האָב איך איהר ערקלערט — „איך האָב איהם געזאָגט, אַז איך װועל עס בײַ אײַך איבערלאָזען." זינט איך האָב דערהאַלטען יענעם בריף פֿון מײַן מוטער, בין 473איך געװוען מעהר פֿאָרזיכטיג. איך האָב מיט די אונטער-ערדישע שריפֿטען ניט געװואָלט אנטשלאָפֿען װוערען.
נאָכדעם, װוי איך האָב מאַריא'ן געגעבען דעם פּעקעל, בין איך צוריק אַרײַן אין אונזער „פֿליגעל" און זיך װוידער צוגעלייגט. איך בין אנטשלאָפֿען געװוארען.
דורך'ן שלאָף הער איך, אַז מען געהט — ניט אײַן מענש, נאָר עטליכע מיטאמאָל. איך האָב זיך אױיפֿגעכאַפֿט.
די טיר איז ניט געװוען פֿאַרשלאָסען, און אין רוסלאַנד פֿלעגט מען אין אַ שטוב אַרײַנגעהן ניט אנקלאַפֿענדיג. איך בין אַרױיף פֿון בעט. איך גיב אַ קוק: אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פֿון אונגעבעטענע געסט: דער װועליזשער זשאַנדאַרמסקער פֿאַלקאָװוניק, דער אונטער-איספּראַװוניק, עטליכע זשאַנדאַרען, אַ פֿאַר פּאָליצייסקע און אַ פֿאַר מענשען אין ציװוילע קלײידער.
זײי האָבען בײַ מיר געמאַכט אַן אָבסק.
דער זשאַנדאַרמסקער פֿאַלקאָװוניק האָט װועגען דעם באַקומען אַ פּאַפּיר פֿון װויטעבסק. געשטאַמט האָט דאָס אָבער פֿון די װוילנער אַרעסטען.
דער זשאַנדאַרמסקער פֿאַלקאָװוניק (איך געדענק ניט זײַן נאָמען) האָט אין אזעלכע אנגעלעגענהייטען קײן ערפֿאַהרונג ניט געהאַט, און אונװויסענד איז ער געװוען װוי אַ פֿױיער. דאָס איז געװוען אַ דיקער, אודושליװוער אָפֿיצער, מיט געשװואָלענע פֿיס און אַ שװואַכען אָטעם. עס איז איהם שװוער געװוען זיך אײַנצובױיגען. אױיסצושפּײַען, פֿלעגט ער אױיפֿ'ן טיש לעבען זיך האַלטען אַ גלאָז, און אין איהר ברײיכען אנשטאָט אַ שפֿײַ-קעסטעל.
אײַנער פֿון די ביכער, װואָס איך האָב דאַן געהאַט אין שטוב, איז געװוען קאַרל מאַרקס'עס „קאַפּיטאַל", װואָס איך האָב געבאָרגט בײַ אַ מיטגליד פֿון דעם װויטעבסקער קרוזשאַק. מיט אַ יאָהר צעהן שפּעטער איז דאָס װוערק אין רוסלאַנד געװוען גוט באַקאַנט װוי די ביבעל. אַ קינד האָט דעם נאָמען געהערט. אין מײַן צײַט אָבער האָט מען פֿון דעם געװואוסט כמעט נאָר אין דער רעװואָלוציאָנערער װועלט, און אזױי װוי עס איז אַ טיף-װויסענשאַפֿטליכער בוך און מיט דער רוסישער רעװואָלוציאָנערע 474באַװועגונג האָט עס קײן דירעקטע שייכות ניט געהאַט, איז עס אפֿיציעל אין רוסלאַנד קײנמאָל ניט געװוען פֿאַרבאָטען. דאָך, װוען אַ זשאַנדאַרם האָט געװואוסט װואָס פֿאַר אַ בוך עס איז, האָט ער דאָס פֿאַר קײן סמן פֿון אײַער גאָטס-פֿאַרכטיגקייט און צאַר-פֿאַרכטיגקייט, נאַטירליך, ניט אַנגענומען.
אױיפֿ'ן פֿאָדער-בלאַט שטעהען די װוערטער: „קאַפּיטאַל — אַ קריטיק איבער פּאָליטישער עקאָנאָמיע".
— װואָס איז דאָס אזױינס? — האָט דער אודושליװוער פֿאַלקאָװוניק בײַ מיר געפֿרעגט, אנװוייזענדיג אױיפֿ'ן װוארט „פּאָליטישע".
— אָה, אַ בוך װועגען קאָמערציע, — האָב איך געענטפֿערט, אנװוייזענדיג מיט'ן פֿינגער אױיפֿ'ן װוארט „קאַפּיטאַל" און אױיפֿ'ן װוארט „עקאָנאָמיע". און מעהר האָט ער קײן קשיות ניט געפֿרעגט.
דער תירוץ איז מיר געקומען אױיפֿ'ן זינען צוליב אַן עהנליכע באַמערקונג, װועלכע איך האָב אַ פֿאַר װואָכען פֿריהער געהערט פֿון אַן אונװויסענדען װועליזשער סוחר. איך און מערסאָן האָבען אין זײַן אנװוייזענהייט גראַד דערמאָנט פּאָליטישע עקאָנאָמיע, האָט ער געפֿרעגט װואָס דאָס איז אזױינס.
— אָה, ס'איז אַ װויסענשאַפֿט אזא, — האָב איך געענטפֿערט. — ס'איז ניט לײַכט צו ערקלעהרען.
ער האָט אָבער געװואוסט, אַז אַן „עקאָנאָם" הייסט אַ פֿאַרװואַלטער פֿון אַ װוירטשאַפֿט, פֿון אַ מאַיאָנטעק אָדער פֿון אנדער סאָרט באַלעבאַטישקייט, און ער האָט זיך אָפֿגערופֿען מיט שפֿאָט:
— איך בין אַלײן אײַן קאָמערציע, װוייס איך ניט װואָס דאָס איז אזױינס אַז עקאָנאָמיע, און איהר װוייסט יע!
דעם בוך „קאַפּיטאַל" האָבען די זשאַנדאַרען אױיסגעלייגט צװוישען די ביכער, װואָס מען האָט שױין איבערגעקוקט, צװוישען די „כשר'ע". זײי זײַנען געלעגען אין אַ בערגעל אױיפֿ'ן טיש, און די ביכער, װואָס זײַנען נאָך ניט געװוען איבערגעקוקט, זײַנען געלעגען אין אנדער בערגעל, נאָהנטער צום אנדערען ברעג טיש.
ביסלעכװוייז זײַנען די ניט-איבערגעקוקטע איבערגענאַנגען צו די איבערגעקוקטע, און דער לײידינער פּלאַץ צװוישען זײי איז 475געװוארען אלץ שמעלער. דעם גרענעץ צװוישען די צװויי בערג האָט קײנער ניט געהיט. איך בין געשטאַנען דערבײַ צו ענטפֿערען אױיף די פֿראַגען װואָס מען האָט מיר געשטעלט װועגען די ביכער. אין אַ געװויסען מאָמענט, האָב איך מיט מײַן עלענבױיגען, כלומרשט אנפֿאַלענדיג זיך, איבערגערוקט צװויי ביכער איבער'ן „גרענעץ" — פֿון די ניט-איבערגעקוקטע צו די „כשר'ע". אײַנער פֿון זײי איז געװוען צילישטיין'ס אַ טאַגע-בוך, אין װועלכען ער פֿלעגט פֿאַרשרײַבען פֿאַרשידענע אײַנדריקען און געדאַנקען. איך האָב ניט געװואוסט װואָס דאָרטען שטעהט. איך האָב אָבער גערעכענט, אַז יעדענפֿאַלס װועט זײַן גלײַכער, װוען דער פֿאַלקאָװוניק װועט דאָס ניט לעזען. און צילישטיין איז מיר געװוען דאַנקבאַר דערפֿאַר. װואָס פֿאַר אַ בוך דער צװוייטער איז געװוען געדענק איך ניט.
הענריך יאַצקעװויטש האָט מיר איבערגעלאָזען זײַנע פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער. װוען דער פֿאַלקאָװוניק האָט זײי איבערגעקוקט, האָט ער זיך אָפֿגעשטעלט אױיף פֿערדינאַנד לאַסאַל'ען, װוייל דער נאָמען האָט איהם ניט געקלונגען רוסיש.
— װוער איז דאָס? — האָט ער געפֿרעגט.
— אַ דײַטשער געלעהרטער, — האָב איך געענטפֿערט.
טשערנישעװוסקי'ס בילד האָט ער בײַ מיר ניט געפֿונען, װוייל עס איז געװוען אין דעם פּעקעל װואָס איך האָב אַרײַנגעטראָגען צו מאַריא'ן.
דעם פֿאַלקאָװוניק האָט זיך ניט געגלױיבט אַז איך בין פֿון „יענע". נאָכדעם װוי ער האָט איבערגעקוקט „אלע" אונזערע ביכער און גאָרנים געפֿונען, האָט ער צו מיר געזאָגט:
— איהר מוזט האָבען שונאים; קענטיג אַז אימיצער האָט אױיף אײַך געשריבען אַ פּאַסקװויל קײן װויטעבסק.
— אזױי זעהט עס אױיס, — האָב איך זיך אנגעכאַפֿט אָן זײַן ערקלעהרונג.
דעם כאַראַקטער פֿון מײַנע ניט-פֿאַרבאַטענע ביכער און בילדער האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען. ער האָט מיר געגעבען 476אנצוהערעניש, אַז דעם פּאַסקװויל אױיף מיר האָט מיר מסתמא געשריבען אימיצער פֿון די זעהר פֿרומע אידען, װועלכע האַסען מיך פֿאַרװואָס איך בין ניט פֿרום.
ער האָט באַקומען פֿון װויטעבסק אַ באַפֿעהל בײַ מיר צו מאַכען אַן „אָבסק". דאָס איז אלץ װואָס ער האָט געװואוסט.
דער אונטער-איספּראַװוניק (ער האָט געהייסען סטאַריקאָװויטש) איז געװוען אַ אינטעליגענטערער מענש און אױיך אַ סימפּאַטישערער. ער האָט אױיך ניט געװואוסט װוער קאַרל מאַרקס איז; אָבער װואָס פֿאַר אַ סאָרט געלעהרטער פֿערדינאַנד לאַסאַל איז, האָט ער יע געװואוסט. ער האָט זיך אָבער געמאַכט ניט-װויסענדיג און ער האָט דערנאָך די געשיכטע מיט געלעכטער איבערדערצעהילט דעם איספּראַװוניק. אױיף מאָרגען זאָגט דער איספּראַװוניק מיט אַ שמייכעל צו מערסאָן'ען, װועלכער איז געװוען אַ לעהרער בײַ זײַנע קינדער:
— זאָגט קאַהאַן'ען, ער זאָל ניט מיינען אַז ער האָט סטאַריקאָװויטש'ען אױיך אָפֿגענאַרט. ער װוייס װוער דער כיטרער דײַטשער אידעל, לאַסאַל, איז.
צװוישען דעם איספּראַװוניק'ס אַמט און דער זשאַנדאַרמעריע האָט עקזיסטירט אַ פֿײַנדליכע קאָנקורענץ, און דער איספּראַװוניק פֿלעגט פֿון דעם פֿאַלקאָװוניק חוזק מאַכען.
ער איז געװוען פֿון דײַטשע עלטערען, דער איספּראַװוניק, און אזױי אונװויסענד װוי דער הױיפּט פֿון די װועליזשער זשאַנדאַרען איז ער יעדענפֿאַלס ניט געװוען. זײַן קװוארטיר איז געװוען נעקסט צו אונזער פֿליגעל. ער האָט געהאַט אַ פֿולע שטוב מיט קינדער — אײַניגע פֿון זײַן געזעצליכער פֿרױי, און אײַניגע פֿון דער דינסט. װועגען דיזען בעאַמטען און זײַן הױיז-געזינד פֿלעגט מיר מערסאָן דערצעהלען טשיקאַװוע זאַכען.
אין עטליכע טעג ארום האָב איך געהאַט אַ צװוייטען װוייזיט. דיזען מאָל איז מען צו מיר געקומען אין דער „אוטשילישטשע", 477בשעת איך האָב געהאַלטען אין לערנען מיט מײַן קלאַס. װוידער אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, נאָך אַ גרעסערע װוי דעם ערשטען מאָל.
זײי האָבען אַרײַנגעמאַרשירט, בלישטשענדיג מיט זײיערע זשאַנדאַרמישע און פּאָליציסקע קלײידער און קלינגענדיג מיט זײיערע שפֿאָרען און שװוערדען.
— שיקט די קינדער אהיים און באַמיהט זיך מיטצוגעהן מיט אונז! — האָט דער פֿאַלקאָװוניק צו מיר געזאָגט שױין מיט אַ בײיזער טאָן, אזױי װוי ער װואָלט אױיסגעשריען: „יאַ, אַ פּאַסקװויל האָבען די פֿרומע אידען אױיף אײַך געשיקט! איצט װוייס איך שױין װואָס פֿאַר אַ פֿײַנער בחור איהר זײַט".
אזױי װוי די אוטשילישטשע איז געװוען אין רעכטען מיטען מאַרק, האָט מען מיר געפֿיהרט פֿאַרבײַ אלע קראָמען. דער לעהרער קען זיך שױין פֿאָרשטעלען װואָס פֿאַר אַ סענסאַציע דאָס איז געװוען פֿאַר אזא שטעדטעל װוי װועליזש.
די קינדער פֿון מײַן קלאַס האָבען דערװוייל געהאַט אן אונערװוארטעטען יום-טוב. די אינגערע פֿון זײי זײַנען ארומגעלאָפֿען איבער'ן שטאָדט און זיך באַריהמט אַז זײיער לעהרער האָט „גע'הרג'עט דעם קיסר".
מען האָט מיך אװועקגעפֿיהרט אין אונזער „פֿליגעל" און דאָרטען האָט מען װוידער געמאַכט אַן אָבסק. דיזען מאָל האָט די געשיכטע געדױיערט דרײַ-פֿיער שטונדען. יעדען שטױיבעלע האָבען זײי איבערגעטאַפֿט און איבערגעשמעקט.
די דריי און צװואַנציג נומערן „סאָװורעמעניק" האָט מען אװועקגעטראָגען אין דער זשאַנדאַרמעריע, און מיר האָט מען אהין געהייסען קומען אין אָװוענד, אױיף אַ פֿאַרהער.
דאָרטען האָב איך, אַ חוץ דעם פֿאַלקאָװוניק, געטראָפֿען דעם אונטער-פּראָקורָאר פֿון דעם װועליזשער אױיעזד, און ער האָט געפֿיהרט דעם פֿאַרהער.
ער איז געװוען פֿון מיטעלען װואוקס, אַ שלאַנקער, מיט לאַנגע, גלײיד-הענגענדע האָר, מיט זעהר לאַנגע, געפּוצטע נעגעל. ער האָט געטראַגען אַ לאַנגען שװוארצען ראָק, זיך געהאַלטען װוי אַ באַראָן און גערעדט װוי אַ באַראָן. זײַן פֿרױי איז געװוען די 478טאָכטער פֿון אַ אריסטאָקראַטישער רוסישער פֿאַמיליע, װועלכע האָט געהאַט אַ מאַיאָנטעק אין יענע געגענדען, און ער האָט זיך געשטאַטעװועט אױיסצוזעהן װוי אַ געבאָרענער אַריסטאָקראַט. ער האָט צו מיר גערעדט מיט אַ קאַלטע באַראָנישע העפֿליכקייט, מיט געצײַלטע קאַלטע פֿראַזען, װועלכע זײַנען געװוען געפּוצט װוי זײַנע נעגעל.
קײן סטענאָגראַף איז ניט געװוען. די פֿראַגען און די אנטװוארטען האָט פֿאַרשריבען אַ זשאַנדאַרמסקער אונטער-אָפֿיצער, אַ הױיכער, ברײיטער סאָלדאַט, מיט גרױיסע װואָנצעס. מיט גרױיסע, קײלעכדינע בוכשטאַבען האָט ער געשריבען. קײן װוערטערליכער באַריכט איז דאָס נאַטירליך ניט געװוען.
דער דיקער, אודושליװוער פֿאַלקאָװוניק האָט אין די פֿראַגען צוגעהאָלפֿען, און דערבײַ האָט ער אונטערטעניג געשמייכעלט צום פּראָקורָאר. ספּעציעל האָט ער זיך געשטאַרעט איהם צוצוהעלפֿען דאָ, און װואו עס האָט זיך געפֿאָדערט אַ שטרענגער טאָן. סטראַשען מיר האָט פֿאַר דעם „אַריסטאָקראַטישען" פּראָקורָאר ניט געפֿאַסט; האָט ער דאָס איבערגעלאָזען צום דעם פֿאַרסאָפּעטען זשאַנדאַר-פֿאַלקאָװוניק.
פֿון די פֿראַגען האָב איך זיך דערװואוסט, אַז בײַ סטאַטשיק'ן האָט מען געפֿונען מיינעם אַ בריף. איך בין ערשטוינט געװוארען, װוארים דעם בריף האָב איך איהם געשריבען מיט עטליכע מאָנאַטען פֿריהער און, װוי אױיבען איז שױין געזאָגט געװוארען, בין איך געװוען זיכער, אַז ער האָט איהם שױין לאַנג פֿאַרניכטעט. אין דעם דאָזיגען בריף האָב איך, צװוישען אנדערע זאַכען, סטאַטשיק'ן געבעטען אַ געװויסע מיידעל באַקאַנט צו מאַכען מיט סאָקאָלאָװ'ס אינגערע שװועסטער.
— פֿון װואַנען קען איך זיך מיט סאָקאָלאָװ'ן? — האָט דער פּראָקורָאר געפֿרעגט.
סאָקאָלאָװ איז פֿריהער געװוען אַ פּאָסטמייסטער אין אַשמענע, װוילנער גובערניע. האָב איך געזאָגט, אַז איך בין מיט איהם באַקאַנט געװוארען דאָרטען, הגם אין אמת'ן בין איך אין אַשמענע אױיף מײַן לעבען ניט געװוען. פֿון דעם בריף אין 479געװוען צו זעהן, אַז איך בין בײַ סאָקאָלאָװ'ן געװוען אַן אָפֿטער גאַסט.
— בין איך אין װוילנא געװוען אַן אײַנגעהער אױיף סאָקאָלאָװ'ס קװוארטיר? — האָט דער פּראָקורָאר געפֿרעגט.
— איך בין בײַ איהם געװוען אַ פֿאַר מאָל.
— װועמען האָב איך דאָרטען געזעהן?
— עפּעס אַ שילער זײַנעם, איך געדענק ניט דעם נאָמען.
ער האָט מיר אנגערופֿען די נעמען פֿון עטליכע יונגע לײַט און פֿרױיען. האָב איך זײי געזעהן דאָרטען?
— ניין.
— פֿאַרװואָס איז װויכטיג אַז יענע אידישע מיידעל זאָל באַקענט װוערען מיט סאָקאָלאָװ'ס שװועסטער?
— װוייל זי װויל פֿאָהרען שטודירען אױיף די בעסטוזשעװוער קורסען, און סאָקאָלאָװ'ס שװועסטער איז באַקאַנט מיט דער פּראָגראַם, — האָב איך געענטפֿערט. און דאָס איז טײילװוייז געװוען דער אמת.
פֿון אַ פֿאַר פֿון די פֿראַגען האָב איך זיך באַמערקט, אַז אין די פּאַפּירען, װואָס דער פּראָקורָאר האָט באַקומען פֿון װוילנא דורך װויטעבסק, זײַנען די נעמען צוזאַמענגעמישט און פֿאַרפּלאָנטערט; האָב איך זיך מיט דעם טעות באַנוצט.
דער פּראָקורָאר האָט בײַ מיר געפֿרעגט צי קען איך באַראַנעס'ן. „יאַ, ער איז אַ קורצע צײַט געװוען אַ שילער אין אונזער אינסטיטוט. פֿון דאָרטען בין איך מיט איהם באַקאַנט" — האָב איך געענטפֿערט. און דאָס האָט געקלונגען גאַנץ נאַטירליך. „באַנדאַס" איז געװוען דער נאָמען פֿון אנאנדער יונגען מאַן, אַ גימנאַזיסט פֿון דעם װוילנער „קרוזשאַק". װוען ער האָט בײַ מיר געפֿרעגט, צי איך קען איהם, האָב איך געזאָגט, אַז דאָס איז מסתמא דערזעלבער באַראַנעס, נאָר דער נאָמען איז פֿאַלש פֿאַרשריבען.
אײַנער פֿון די אנדערע, װועגען װועלכע ער האָט געפֿרעגט, איז געװוען אַ קריסט מיט'ן נאָמען נאַרבאַטשעװוסקי. מיט איהם בין איך אױיך באַקאַנט געװוארען אין סאָקאָלאָװ'ס הױיז. ער איז אָבער גראָד געװוען אַ לעהרער בײַ די קינדער פֿון קאַטעליני480קאָװו'ן, דעם דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט; האָב איך געזאָגט, אַז איך בין מיט איהם באַקאַנט געװוארען אױיפֿ'ן הױיף פֿון אינסטיטוט, װואו ער האָט זיך מיט אונז געװואױינט אױיף די „גיגאַנטישע טריט"*.
בײַ אײַן פּונקט, װוען איך האָב עפּעס געלייקענט, און דער פּראָקורָאר מיט דעם פֿאַלקאָװוניק זײַנען צו מיר צוגעשטאַנען מיט שטרענגע װוערטער, האָב איך פּראָטעסטירט פֿאַרװואָס זײי ריידען צו מיר אונהעפֿליך. איך האָב געטאָן הױיפּטזעכליך אום צו געװוינען צײַט צו באַטראַכטען מײַן ענטפֿער.
— באַרוהיגט אײַך, באַרוהיגט אײַך, — האָט דער פּראָקורָאר צו מיר געזאָגט אױיף זײַן אריסטאָקראַטישען שטייגער, — קײנער װויל אײַך ניט באַלייידיגען. מען װויל נאָר דעם אמת.
דער פֿאַרהער האָט געדױיערט ביז שפּעט אין דער נאַכט. צום שלום האָט מען מיר ערקלערט, אַז אין עטליכע טעג ארום װועט מען מיר פֿיהרען אױיף אַ פֿאַרהער אין װויטעבסק.
— דערװוייל זאָלט איהר ניט װואַגען צו פֿאַרלאָזען װועליזש, — האָט דער פֿאַלקאָװוניק געזאָגט בײיז, — מען װועט סײַ װוי סײַ היטען אײַער יעדען טריט.
מיט אַ פֿאַר טעג שפּעטער האָט מען מיר איבערגעגעבען, אַז אין דעם פֿריצישען קלוב האָט דער פּראָקורָאר װועגען מיר געזאָגט: „אַ געשייטער יונגעלע, אָבער נאָך ניט קײן באַפֿעדערטער. ער מיינט, אַז מיר פֿאַרשטעהען גאָרניט".
בײַ די לאַכאָװוס האָט מען אױיך געמאַכט אַן אָבסק. זײיער אדרעס האָט מען געפֿונען אין דעם נאָטיץ-ביכעל פֿון אַ רײיזענדען רעװואָלוציאָנער, װועלכען מען האָט אַרעסטירט אין װוילנא, און אין דעם אָבסק, װואָס מען האָט בײַ זײי געמאַכט, האָט מען 481בײַ קאַליאַ'ן געפֿונען מאָראָזאָװו'ס אַ בריף, אַז ער, מאָראָזאָװו, קלייבט זיך צו קומען קײן װועליזש און סיוועץ און פֿיהרען פּראָפּאַגאַנדא אין די דערפֿער.
פֿאַרלױיפֿיג האָט מען די לאַכאָװו-פֿאַמיליע אױיסגעשטעלט אונטער אַ הײַמישען אַרעסט.
עס איז געװוען נאָך אַ פֿאַרהער, אױיף װועלכען מען האָט געבראַכט אי זײי, אי מיך. דער פֿאַלקאָװוניק האָט מיר װוידער געזאָגט, אַז מען װועט מיר פֿיהרען קײן װויטעבסק, און געװוארענט ניט צו פּרואװוען אנטלױיפֿען.
איך האָב גענומען באַמערקען, אַז מענשען דערװוייטערען זיך פֿון מיר. אײַניגע האָבען מיך אײַנפֿאַך אױיסגעמיטען. צילשטיין איז געװוען פֿרײַנדליך און טריי. די מערסאָנס און אַ פֿאַר אנדערע באַקאַנטע אױיך. די שטאָדט אָבער אין אלגעמיין האָט מיך באַהאַנדעלט װוי אַ קרבן פֿון אַן אנשטעקיגע קראַנקהייט.
װועליזש איז מיר געװוארען אונערטרעגליך. די פֿראַגע איז געװוען צי זאָל איך װוארטען ביז מען װועט מיר פֿיהרען אין װויטעבסק, אָדער באַטראַכטען אַ פּלאַן צו „פֿאַרשװוינדען".
קײן גרױיסע געפֿאַהר איז פֿאַר מיר ניט געשטאַנען. מען האָט בײַ מיר גאָרניט געפֿונען, און געװוענליך האָט מען פֿאַר אזעלכע „פֿאַרברעכענס", װוי מײַנער, פֿאַרשיקט אין ניט זעהר װוייטע געגענדען פֿון סיביר אױיף פֿינף יאָהר. דאָס װואָלט ניט געװוען קײן גרױיסער אונגליק. אין סיביר זײַנען געװוען פֿאַרשיקט פֿילע פֿון די בעסטע און געבילדעטסטע מענשען. איך װואָלט געװוען אין גוטער קאָמפּאַניע. מײַן פּעטערסבורגער פּעטער װואָלט מיך אונטערשטיצט און איך װואָלט פֿינף יאָהר פֿאַרבראַכט אין לעזען און לערנען. אַ סך בעסער װוי צו ליגען אין דיזער פֿאַרװוארפֿענער פּראָװוינץ און צו זײַן אַ לעהרעריל אױיף אײיביג. אזױי 482פֿלעג איך זיך טראַכטען. עס זײַנען אָבער געװוען מאָמענטען װוען איך האָב זיך די לאַגע פֿאָרגעשטעלט אין דונקעלע פֿאַרבען.
דאַן פֿלעג איך זיך מאָהלען אן אנדער בילד: איך װועל אנטלױיפֿען. איך װועל קומען אין שװוייצאַריע אָדער אין פּאַריז, װואו דאַן האָבען זיך געפֿונען פֿילע רוסישע רעװואָלוציאָנערען, און צװוישען זײי אײַניגע באַריהמטהייטען. איך קום דאָרטען אַן אַ אונױיװוערזיטעט; איך לערן און לעז. צו דערזעלבער צײַט נעהם איך אנטײיל אין די טהעטיגקייטען פֿון די דאָרטיגע רוסישע רעװואָלוציאָנערע גרופּען, און איך באַזוך רוסלאַנד אַלס אַן „אונלעגאַלער".
אױיב אנטלױיפֿען, האָט מען דאָס באַדאַרפֿט טאָן װואָס גיכער, אײַדער דער װוילנער פּראָקורָאר װועט באַקומען די פּאַפּירען פֿון װועליזש און אױיפֿדעקען מײַנע ליגענס. און אױיב ניט אנטלױיפֿען נאָר װוארטען מען זאָל מיך פֿיהרען קײן װויטעבסק, האָב איך געהאָפֿט, אַז פֿון דאָרטען װועט מען מיך שנעלער אריבערפֿיהרען קײן װוילנא אין דעם „14טען נומער", װואו עס זיצט ראַבינאָװויטש, סאָקאָלאָװ און די אנדערע אַרעסטירטע פֿון אונזער „קרוזשאַק".
איך האָב געװואָלט זיך באַראַטען מיט די װוילנער חברים, װואָס זײַנען געװוען פֿרײַ. אַ חוץ דעם האָב איך געװואָלט װויסען װואָס דאָרטען איז פֿאָרגעקומען און װוי צו ענטפֿערען אױיף װוייטערע פֿראַגען פֿון דעם פּראָקורָאר אין װועליזש, אָדער װוילנא. צו דיזען צװועק האָב איך באַשלאָסען צו שיקען קײן װוילנא אַ שליח. צײַט איז נאָך געװוען. װוארים דער באַריכט װועגען מײַן פֿאַרהער איז געגאַנגען קײן װויטעבסק און פֿון דאָרטען קײן װוילנא, און די רעדער פֿון דער רוסישער רעגירונג האָבען זיך געדרעהט זעהר לאַנגזאַם.
פֿאַר מײַן שליח האָב איך אױיסגעקליבען איסאַק מערסאָן'ס אינגערען ברודער, זעליג. ער איז געװוען אַ קלוגער בחור און אַ בריה אַ יונג.
װוען ער איז געקומען קײן װוילנא, האָט ער באַגעגענט גרױיסע שװוערינקייטען. אײַנער פֿון די סאָציאַליסטען, װועמעס מיינונג 483איך האָב געװואָלט האָבען, איז ניט געװוען אין שטאָדט, — אזױי האָט מען איהם געזאָגט. אַ צװוייטער, װועלכער איז, לױיט מיינע ערװוארטונגען געװוען פֿרײַ, האָט זיך אַרױיסגעצײַגעלט צו זײַן אײַנער פֿון די אַרעסטירטע. און די װואָס האָט ער געקענט זעהן (מעדװועדיעװו איז געװוען אײַנער פֿון זײי), זײַנען ניט געװוען זיכער, אַז ער איז מײַן שליח און אַז מען קאָן איהם טרױיען. זײַן אלגעמיינער אײַנדרוק איז אָבער געװוען, אַז די אַרעסטען האָבען אין דעם װוילנער קרוזשאַק געמאַכט אַ חורבן.
װוען ער איז געקומען צוריק און מיר אָפֿגעגעבען זײַן באַריכט, האָב איך באַשלאָסען „נעלם" צו װוערען.
אנטלױיפֿען איז ניט געװוען שװוער, װוארום דער שפֿיאָן, װואָס האָט „געהיט מײַן יעדען טריט", האָט זיך געפֿונען נאָר אין דעם פֿאַלקאָװוניק'ס פֿאַנטאַזיע. די זשאַנדאַרמעריע און די פּאָליציי זײַנען געװוען זיכער, אַז מיר װואָלט סתם זײַן אונמעגליך צו אנטלױיפֿען.
װוען איך האָב געזאָגט די מערסאָנס, אַז איך האָב זיך באַשלאָסען צו „פֿאַרשװוינדען" פֿון װועליזש, האָט די גאַנצע משפּחה זיך גענומען מיר העלפֿען. הױיפּטזעכליך איסאַק מערסאָן, זעליג, אַ ברודער און זײיער פֿאָטער, יוסף משה מערסאָן, דער עלטסטער האָט אנטײיל גענומען מיט ענערגיע און באַגײיסטערונג.
דיזער אלטער מאַן — ניט קײן הױיכער, אַ דאַרער, מיט אַ לאַנגע, שמאָלע גרױיע באָרד — איז געװוען אַ אינטערעסאַנטער טיפּ: אַ איד אַ למדן, אַ חריף און אַ דרשה-קאָפֿ, מיט אונערשעפֿליכען אונטערנעהמונגס-גײיסט און מיט אַ באַזונדערע לידענשאַפֿט צו ראַטעװוען אידען, װואָס דאַרפֿען אנטלױיפֿען פֿון „גוייאיסקע הענט". װוען דער שיקזאָל האָט איהם אונטערגעשטעלט אַ געלעגענהייט פֿון דיזען סאָרט, פֿלעגט ער װוערען מיט צװואַנציג יאָהר אינגער.
ער האָט געהאַט אן אײַגענע הױיז, אַ גרױיסע, אַ הילצערנע, און ער פֿלעגט איהר שטענדיג האַלטען אין איבערבױיען. זײַן 484טהעטיגער מוח איז געװוען פֿול מיט פּלענער. װוען ער װואָלט געװואױינט אין אמעריקא, װואָלט ער איבערגעבױיט גאַנצע גאַסען אין בראָנזװויל אָדער אין די בראָנקס. אין װועליזש האָט זײַן אונטערנעהמונגס-גײיסט זיך גענומען באַגאַנגען מיט „אַרכיטעקטאַרישע" פֿאַנטאַזיעס אין באַצוג צו זײַן שטוב.
זי איז געשטאַנען בײַ דעם סאַמע ברעג פֿון דער דװוינא.
עס האָט אָפֿגעלאָזען דער אײַז. פֿון דעם פֿאַריגען זומער איז פֿאַרבליבען אַ װויטעבסקער „לאַיװוע" (באַרקע, פּראָיעקט-שיפֿעל), װועלכע איז פֿאַרפֿאָרען געװוארען מיט עטליכע מאָנאַטען צוריק, װוען דער טײַך האָט זיך געשטעלט. איצט האָט זי זיך געגרייט צו שװוימען צוריק קײן װויטעבסק. אַלזאָ, איז אין דעם אלטען מערסאָן'ס פֿלאַן געװוען, אַז איך זאָל אױיפֿגעפֿאָהרען אױיף דער דאָזיגער „לאַיװוע". און בײַ איהם איז געװוען „געזאַגט און געטאָן".
ער איז גלײַך אװועק צו דעם באַלעבאָס פֿון דער „לאַיװוע" און זיך באַדינגען מיט איהם. ער האָט איהם דערצעהלט װועגען אַ יונגען סוחר, װואָס מוז אװועקפֿאָהרען געהיים, און אַז יענער האָט קײן קשיות ניט געפֿרעגט. צי דער לאַיװוטשניק האָט חושד געװוען, אַז דאָס איז דער אוטשיטיעל, בײַ װועמען מען האָט געמאַכט אָבסקעס, צי ניט, װוייס איך ניט.
די אײַנצעלהייטען פֿון דעם פּלאַן זײַנען באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: װוען די „לאַיװוע" װועט זײַן פֿאַרטיג אָפֿצושװוימען, װועל איך זיך געפֿינען אין אַ פֿאַרבאָרגענעם פּלאַץ גלײַך דערבײַ. דאָרטען איז געװוען אַ טרוקענער גראַבען און איבער'ן גראַבען איז געװוען אַ בריקעל; און װועל איך װוארטען אונטער'ן דאָזיגען בריקעל. װוען מען װועט מיר געבען אַ צייכען, אַז די „לאַיװוע" איז געגרייט צום װועג, װועל איך זיך אַרױיפֿכאַפֿען אױיף איהר. מען װועט מיר אַרײַננעהמען אין אַ לײידיגען קאַסטען און צודעקען מיט אַ פֿאַר זעק, און די „לאַיװוע" װועט זיך אָפֿגעהן.
פֿאַר מײַן אָפֿפֿאָהרען האָט דער אלטער מערסאָן מיר אָנגעהױיבען צו זאָגען „דו", װוי אַ טאַטע, און מיר באַזאָרגט מיט אַ פֿאַלשען נאָמען.
485— אױיפֿ'ן װועג מוזטו פֿאַרגעסען אַז דו הייסט קאַהאַן, — האָט ער מיך געלערנט, — דו ביסט ניט מעהר קאַהאַן, דו ביסט ליפּשיץ. נו, װוי זשע רופֿט מען דיך? — האָט ער מיך פֿאַרהערט.
— ליפּשיץ, — האָב איך געענטפֿערט מיט אַ שמייכעל.
— עס איז ניט קײן געלעכטער. פֿאַרגעס ניט דיין נײַעם נאָמען. פֿלאָנטער ניט.
אױיף דער רייזע — ביז איבער'ן גרענעץ — איז פֿאַר מיר נױיטיג געװוען אונגעפֿעהר 200 רובעל, און דיזע סומע איז צוזאַמענגעשטעלט געװוארען טײילװוייז פֿון מײַנע אײַגענע געלד און טײילװוייז פֿון באַ'ס אײַדים און פֿון נאָך אַ פֿרײַנד.
אום די זשאַנדאַרען זאָלען ניט דערשפּירען, אַז איך בין ניטאָ, האָב איך אָפֿגעמאַכט מיט צילישטיין'ען, אַז דער לאַמפּ זאָל בײַ אונז ברענען דעם גאַנצען אװוענד, צי ער װועט זײַן אין דערהיים צי ניט. אױיך מאָרגען זאָל ער אומגעהן מיך זוכען, און ענדליך מעלדען דער פּאָליציי, אַז איך האָב ניט גענעכטיגט אין דערהיים, און אַז ער קען מיך ניט געפֿינען.
דער רעכענונג איז געװוען, אַז איך װועל אנקומען קײן װויטעבסק פֿאָרטאָג; דאָרטען, 6 אוהר, װועל איך נעהמען אַ צוג קײן קורסק, און אין קורסק זיך זעצען אױיף אַ צוג קײן װוארשע. די פּאָליציי װואָלט מיך צוערשט געזוכט אין סיוועץ און אנדערע ארומיגע פּלעצער; און אײַדער װואָס-װען, װואָלט איך געװוען אין װוארשע, בײַ דאָקטאָר יאַצקעװויטש'עס זוהן. אזױי איז געװוען מײַן חשבון.
די לאַיװוע האָט געדאַרפֿט אָפֿפֿאָהרען נאָכמיטאָג. איך בין געזעסען בײַ די מערסאָנס און געװוארט אױיף דער מינוט, װוען איך װועל געהן צו יענעם בריקעל.
עס איז אנגעקומען אַ נאַכריכט, אַז אלץ איז געגרייט, אָבער אַז אױיף דעם בריקעל, אונטער װועלכען איך האָב געזאָלט אַרױיפֿקריכען אױיף דער לאַיװוע, שטעהט דער איספּראַװוניק און דער „גאַלאָװוא" פֿון שטאָדט. דאָס האָט ניט געהאַט קײן שייכות 486צו מיר. זײי זײַנען אײַנפֿאַך געקומען פֿון נײַגערינגקייט װועגען.
די ערשטע שיפֿעל האָט זיך געקליבען אװועקצושװוימען, און אין דעם לעבען פֿון װועליזש איז דאָס געװוען אַ װויכטיגע נײַעס. דער לאַיװוטשניק האָט געװוארט בײַ אַ פֿערטעל שעה; דערנאָך האָט ער געשיקט זאָגען, אַז מעהר קאַן ער ניט װוארטען. עס זײַנען געפֿלױינגען „סטאַפֿעטען" הין און צוריק. דער אלטער מערסאָן האָט זיך געבעטען יענער זאָל האָבען געדולד. דער לאַיװוטשניק האָט געװוארט נאָך אביסעל, און נאָך אביסעל. ענדליך איז די לאַיװוע אװועק. איך בין געװוען אין פֿאַרצװוייפֿלונג.
דער אלטער מערסאָן אָבער האָט פֿון פֿאַרצװוייפֿלונג ניט געװואוסט. ער האָט גענומען אַ קנאַס מיט די פֿינגער, און ערקלערט אַ נײַעם פּלאַן: קױיפֿען אַ לאָדקע און דינגען צװויי לאָדטשניקעס, װואָס זאָלען מיך אריבערשיפֿען ביז סאַמע װויטעבסק. מיט דער יאזדע װועט מען מוזען װוארטען ביז ארום צעהן בײַנאַכט. אָבער אױיב אלץ װועט געהן כשורה, װועל איך אנקומען קײן װויטעבסק צו דעם 6-אזײַגערדיגען צוג. איך האָב דעם פּלאַן אנגענומען מיט פֿרייד און אײַנער פֿון דעם אלטען מערסאָן'ס זיהן האָט זיך אריבערגעכאַפֿט אױיף דעם „קלײינעם זייט", דאָס הייסט, אױיף דער אנדערער זייט פֿון דער דװוינא, געקױיפֿט אַ שפֿאַנגל-נײַע לאָדקע און געדונגען צװויי געזונטע ביעלאַרוסען.
עס איז גראָד געװוען אַ לבנה-נאַכט. די לאָדטשניקעס זײַנען געשטאַנען גרייט לעבען דער שיפֿעלע. מיר זײַנען ארױיס אױיפֿ'ן הױיף; איך, מערסאָן'ס דריי זיהן און די יונגע טאָכטער פֿון אַ פֿערטען זוהן. שטילינקערהייט, אין דער שײַן פֿון דער לבנה, האָבען מיר זיך געזעגענט. איך האָב אױיסגענומען 487מײַן אָפֿיציעלע לעהרער-היטעל, אָנגעטאָן אַ פּראָסטע ביליגע היטעל און פֿאַרדרעהט די ברעגעס פֿון מײַנע האָר, כדי זײי זאָלען אױיסזעהן װוי פּאות. די היטעל מיט דער קאָקאַרדע האָט צוגענומען אײַנער פֿון די מערסאָנס אױיף צו פֿאַרברענען. מיר האָבען זיך געדריקט די הענט. זײי האָבען מיר געװואונשען גליק. איך בין אַרײַן אין לאָדקע. די װואָסלעם האָבען גענומען אַרבייטען און די לאָדקע האָט זיך אױועקגעלאָזען מיט'ן שטראָם צו װויטעבסק צו.
צוערשט האָבען די צװויי ביעלאַרוסען זיך אָפֿגעשטעלט בײַ דעם אנטקעגעננדיגען ברעג, בײַ דעם װוארשטאַט פֿון אַ טעפּער. פֿון דרויסען איז געלעגען אַ באַרג מיט ליימענע כלים. דורך דער פֿרישער האָלץ פֿון דער לאָדקע האָט זיך געקליבען װואסער; האָבען די לאָדטשניקעס זיך גענױיטיגט אין שיסעלעך דאָס אױיסצושעפּען.
— עה! גנבים! טשעפּעט ניט די כלים! — האָט פֿון דעם ברעג געשריען אַ װועכטער, װועלכען זײי האָבען ניט געקענט זעהן.
— מיר נעמען נאָר אַ פֿאָר שערבלעך אױיף אױיסצושעפּען די װואסער, — האָט אײַנער פֿון מײַנע „מאַטראָזען" געענטפֿערט,
— אָט עה!
מען האָט געמוזט שעפּען די װואסער אָהן אַן אױיפֿהער.
איך געדענק דעם פּלוסק פֿון די װואָסלעם און דעם סקראָב פֿון די שערבלעך, װוען די לאָדקע האָט זיך גענומען רוקען.
אױיפֿ'ן װועג, בײַ דריי שטונדען שפּעטער, זײַנען מײַנע „מאַטראָזען" צוגעשטאַנען צו אַ ברעג זיך אָפֿרוהען. און דאָרטען זײַנען זײי אנטשלאָפֿען געװוארען. װועק זײי היינט, װועק זײי מאָרגען! זײי האָבען אָפֿגעשלאָפֿען ביז אַ שטיק אין טאָג אַרײַן.
מיר זײַנען אָנגעקומען אין װויטעבסק ניט זעקס, נאָר ארום דריי אזײַגער בײַטאָג. נעהמען דעם באַהן, אירגענד װועלכען צוג, איז שױין געװוען אַ סכנה. מסתמא זוכט מען מיר שױין. אױיף יעדען װאָקזאָל האָבען זיך געפֿונען זשאַנדאַרען, װועלכע האָבען אפֿשר געהאַט אַ באַשרײַבונג פֿון מיר; און מײַנע קאַסאָקע 488אױיגען זײַנען געװוען אַ געפֿעהרליכער צײיכען. עס װואָלט געװוען לײיכט מיך צו דערקענען.
אלזאָ, האָב איך, װוי װוייט מעגליך, אױיסגעמיטען די באַהנען. פֿון װויטעבסק בין איך געפֿאָהרען מיט אַ דיליזשאַנס (אָמניבוס) ביז אָרשאַ; און פֿון אָרשאַ, מיט אַ דאַמפֿ-שיף, איבער'ן דניעפּער, ביז מאָהילעװו.
אונטער דעם נאָמען ליפּשיץ, אלזאָ, אָהן אַ פּאַס, בין איך אנגעקומען קײן מאָהילעװו. דאָס איז געװוען עטליכע טעג פֿאַר פּסח.
אױיף דער דאַמפֿ-שיף איז לעבען מיר געזעסען אַ יונגער מאַן, אַ זעמשער, פֿון קאָװונע. ער האָט געהאַט קרובים אין מאָהילעװו און איז אַהין געפֿאָהרען אַרבייטען. אַ „פֿיפֿיקער" יונג איז דאָס געװוען, פֿול מיט לעבען. ער האָט מיך מכבד געװוען מיט הוהן און מיט אנעקדאָטען. װוי דער שטײיגער איז בײַ אונזערע אידען, האָט ער געפֿרעגט נאָך װואָס איך פֿאָהר קײן מאָהילעװו, װוער איך בין, װואָס איך בין.
איך האָב ניט צוגעגרייט קײן ענטפֿער, און האָב איהם געזאָגט װואָס מיר איז ארױיפֿגעקומען אױיפֿ'ן צונג:
— איך פֿאָהר װועגען אַ שדוך פֿאַר מיינעם אַ ברודער.
ער האָט געפֿאָדערט אײַנצעלהייטען, און איך האָב װוייטער „געמולירט", װוי מען זאָגט אין װוילנא.
ער האָט מיך באַקוקט מיט מײַנע פּאות, און זיך צולאַכט אױיפֿ'ן קול.
— אַ זאָ ישיבה-בחור שיקט מען באַקוקען אַ כלה און רײידען װועגען נדן? — האָט ער אױיסגעשריען.
— געפֿעהלט אײַך ניט, דאַרף מען ניט! — האָב איך געענטפֿערט.
— שאַ, ער האָט זיך באַליידיגט! — האָט ער מיך איבערגעבעטען.
ער האָט מיר צוגעזאָגט אין מאָהילעװו באַהילפֿיג צו זײַן.
— איהר קענט דאָך דאָרטען קײנעם ניט, — האָט ער ערקלעהרט, — און איך האָב דאָרטען אַ סך באַקאַנטע.
489ער איז געװוען אַ פֿריינדליכער יונג. אָבער פֿאַר מיר האָט זיך זײַן פֿריינדליכקייט אין מאָהילעװו ניט געלוינט. איך האָב באַשלאָסען פֿון איהם זיך צו באַפֿרײיען גלײַך װוי מיר װועלען אנקומען.
מיר זײַנען אנגעקומען קײן מאָהילעװו ארום נײַן אזײַגער אין אָװוענד. דער זעמשער האָט אױיף מיר אכטונג געגעבען װוי אַ מאַמע אױיף אַ קינד, און איך האָב אלץ געקלעהרט װוי אזױי איך קען פֿון איהם פּטור װוערען.
ער האָט מיר געפֿיהרט צו זײַנעם אַ קרוב אױיף נאַכטלעגער. איך בין געגאַנגען מיט מײַן קלײינעם פֿעקעלע, און ער מיט אַ גרעסערען פּאַק. געהענדיג האָב איך באַקוקט די „סטראַטעגישע פּאָזיציעס" פֿון די גאַסען און די הויפֿען.
ענדליך, בײַ אַ געװויסען פּונקט, האָב איך איהם געהייסען װוארטען אױיף מיר אַ מינוט.
איך בין דורכגעגאַנגען דורך אַ הױיף, און דאַן האָב איך זיך פֿאַרקערעװעט און זיך געלאָזען געהן מיט אַ געסעלע צוריק, ביז איך האָב דערגרייכט אַ באַקװועמע באַהעלטעניש בײַ פֿופֿציג טריט הינטער איהם. דאָרטען האָב איך זיך אָפֿגעשטעלט הינטער אַ טויער.
— ליפּשיץ! ליפּשיץ! — האָט ער געשריען מיט אלע כוחות. — װואו זײַט איהר אהינגעקומען?
ניט הערענדיג קײן ענטפֿער, איז ער מיך געגאַנגען זוכען, אלץ רופֿענדיג מיך מיט מײַן נײַעם נאָמען.
אַ מינוט צעהן האָט ער מיך ארומגעזוכט, ביז ענדליך דערהער איך װוי ער שרײַט מיט אַן אױיפֿגערעגטער שטימע:
— דאָס איז אַ ישיבה-בחור! — אונטער די הענט האָט ער פֿאַרבלאָנדזשעט! — און אַזאָ בריה שיקט מען דאָס װועגען אַ שדוך פֿאַר אַ ברודער!
װוען עס איז שטיל געװוארען, בין איך אָפֿגעגאַנגען בײַ אַ פֿינף מינוט אין אַ זײַטיגער ריכטונג. ערטערװוייז זײַנען פֿאַרבײַ גאַנגענגען מענשען, איך האָב גענומען פֿרעגען װואו עס געפֿינט זיך אַן אכסניא.
490עס איז געװוען עטליכע טעג פֿאַר פּסח. איך האָב באַשלאָסען אין מאָהילעװו צו פֿאַרבלייבען ביז איבער יום-טוב, ביז אין װועליזש װועט איבערגעהן דער קאַך און װועט מען מיך אױיפֿהערען צו זוכען אין ארומיגע פּלעצער. איך בין געװוען זיכער, אַז די װויטעבסקער זשאַנדאַרמעריע האָט ארױיסגעשיקט אַ באַשרײַבונג פֿון מײַן אױיסזעהען.
אין אַ פֿאָר װואָכען ארום, אלזאָ, װוען מען װועט אָן מיר פֿאַרגעסען, װועל איך זיך אױועקלאָזען אױיף אַ דאַמפֿ-שיף איבער דעם דניעפּער ביז קיעװו. פֿון קיעװו װוייטער װועל איך שױין פֿאָהרען מיט'ן באַהן. איך װועל קומען קײן װוארשע און דאָרטען װועל איך זיך באַראַטען מיט הענריך יאַצקעװויטש'ן װועגען װוייטערדיגע פּלענער. אזױי איז געװוען מײַן פּראָגראַם.