491אין אײַן פּלאַץ, אױיף אַ שװועל פֿון אַן אָפֿענער טהיר, זײַנען געזעסען צװויי װוייבער, און זײי האָבען מיר אנגעװויזען אױיף אַן אכסניה פֿון אַ אידען מיט'ן נאָמען מאַסקאַװוער, אױיף אַ גרױיסען הױיף פֿונקט אנטקעגען. איך בין דורכגעגאַנגען דעם גרױיסען הױיף און אַרײַנגעקומען אין אַ געסט-הױיז.
מיך האָט אױיפֿגענומען אַ איד פֿון די מיטעלע יאָהרען, מיט אַ צוטראָגענעם פּנים און מיט אַ געדיכטע בערדעל — דער בעל-הבית.
— קען איך זיך בײַ אײַך אױיפֿהאַלטען ביז איבער פּסח? — האָב איך געפֿרעגט.
אנשטאָט צו ענטפֿערען, האָט ער מיך צוריקגעפֿרעגט, שטילערהייט און געהיימניספֿול:
— פֿון פֿריזיװו?
זײַן טאָן האָט מיר געקלונגען סימפּאַטיש. דעם אמת זאָגענדיג, האָב איך פֿון פֿריהער קײן תירוץ ניט אנגעגרייט.
— יאַ, פֿון פֿריזיװו, — האָב איך געענטפֿערט.
ער האָט אַ שמייכעל געגעבען און אַ מאַך געטאָן מיט'ן האַנט, אזױי װוי ער װואָלט זאָגען: „עס װועט שױין רעכט װוערען".
מאַסקאַװוער האָט אַרײַנגערופֿען זײַן פֿרױי. עס איז אַרײַנגעקומען אַ הױיכע, פֿאָלנע, מיטעל-יעהריגע אידענע, מיט אַ ברוינעטען פּנים און מיט אַ בונט שליסלען בײַם זייט. איך האָב 492זיך אױיסגעקליבען אַ צימער. מיר זײַנען דורכגעקומען װועגען דעם פּרײיז, און איך בין דאָרט פֿאַרבליבען.
די גאַנצע צײַט האָט מיר דער נאָמען מאַסקאַװוער געקלונגען באַקאַנט. אָבער דערמאָנען זיך װואו איך האָב איהם געהערט, האָב איך ניט געקענט. ענדליך, אױיפֿ'ן צװוייטען טאָג, האָט די באַלעבאַסטע גופֿא, אלײן ניט װויסענדיג דערפֿון, מיר מײַן רעטעניש געלייזט. אום מיר אַרױיסצואװוייזען פֿריינדליכקייט, האָט זי צו מיר געזאָגט:
— אָט באַלד װועט קומען צופֿאָהרען מײַן זוהן עליע אױיף פּסח, װועט אײַך זײַן פֿרעהליכער.
דערבײַ האָט זי מיר דערצעהלט, אַז איהר עליע איז דער פֿאַרװואַלטער פֿון אַ דיליזשאַנס קאָנטאָר אין נעװועל.
זי איז געװוען זיכער, אַז זי האָט מיר דאָ אַנגעזאָגט אַ פֿרייליכע בשורה. אין אמת'ן איז געװוען פֿאַרקערט. דער נאָמען עליע מאַסקאַװוער האָט מיר אַ זעץ געטאָן װוי אַ דונער. איך האָב זיך גלײַך דערמאָנט װוער דער יונגער מאַסקאַװוער איז.
דער לעזער װועט זיך עראינערען, װוי אױיף סוכות, דאָס הייסט מיט אַ האַלב יאָהר פֿריהער, בין איך און צילישטיין געװוען צוגעגאַסט בײַ טראַצקי'ן און יונגאָװויטש'ן, אין נעװועל, װויטעבסקער גובערניע, און װוי אין שטעדטעל האָט זיך מיט אונזער באַזוך אזױ גערודערט. מיר זײַנען דאָך עפּעס געװוען „טשינאָװוניקעס", און מיר האָבען ארומגעפֿראַנטעװועט אין אונזערע בלױיע היטלען מיט די קאָקאַרדעס. די װויכטיגסטע באַלעבאַטים פֿון שטאָדט האָבען אונז אײַנגעלאַדען צו זיך — דער אױיף מיטאָג, דער אױיף אַן אָװוענד. עס איז געװוען אַ לעבעדיגע װועלט. און װוען מיר זײַנען געגאַנגען איבער'ן גאַס, פֿלעגט מען אױיף אונז זיך אָפֿשטעלען קוקען.
דעריבער איז איצט בײַ מיר קײן פֿראַגע ניט געװוען, אַז דער יונגער מאַסקאַװוער, דער פֿאַרװואַלטער פֿון דער נעװועלער דיליזשאַנס קאָנטאָר, האָט מיך געזעהן און באַקוקט מעהר װוי אײַנמאָל. אַ חוץ דעם: װוען מיר האָבען פֿאַרלאָזען נעװועל, האָט ער מיר פֿאַרקױיפֿט די בילעטען אױיף צו פֿאָהרען מיט'ן דיליזשאַנס (ביז װויטעבסק). אױיך איז בײַ מיר קײן פֿראַגע ניט געװוען, אַז ער האָט געהערט װועגען מײַן אנטלױיפֿען 493פֿון װועליזש, װוארים נעװועל איז דאָך דיזעלבע גובערניע; און די סענסאַציע האָט זיך מסתמא פֿאַרשפּרייט.
עס איז געװוען גאַנץ נאַטירליך צו גלױיבען, אַז װוען דער יונגער מאַסקאַװוער װועט מיך געפֿינען אין זײַן פֿאָטער'ס הױיז, װועט ער זיך דערשרעקען און זאָגען זײַנע עלטערן װוער איך בין. העכסט װוארשײַנליך װועט די משפּחה מיר בעטען זיך אָפֿטראָגען. צי יאַ, צי ניט, מיר האָט זיך ניט געגלוסט, אַז מען זאָל װויסען װוער איך בין.
אַז ער װועט מיך דערקענען, איז בײַ מיר קײן צװוייפֿעל גאָר ניט געװוען, אלזאָ, האָב איך באַשלאָסען זיך אױיסצוװוייכען אין אַן אַנדער לאָזשי, באַצאָהלען די מאַסקאַװוערס פֿאַר די עטליכע טעג און פֿאַרשװוינדען אײַדער זײיער זוהן װועט קומען. איך האָב אָבער קײן חשק ניט געהאַט דאָס צו טאָן. איך האָב זיך דאָ געפֿיהלט באַקװועם און היימיש, און עס האָט זיך מיר ניט געגלוסט צו געהן זוכען אַנאַנדער קװוארטיר.
דאָס איז געװוען אַ גרױיסע משפּחה. און כמעט אלע זײַנען זײי געװוען זעהר פֿריינדליכע. איך האָב געזאָגט, אַז דער אלטער מאַסקאַװוער האָט אױיסגעזעהען צוטראָגען. פֿון דאגות חיונה מסתמא; ער איז אָבער געװוען אַ צוטראַגענער פֿון דער נאַטור אױיך. אזא אײַנדרוק האָט ער אױיף מיר געמאַכט. צװויי אײַניגלעך זײַנע, אַ צװוילינג, זײַנען געװוען אזױי עהנליך אײַנער אַנדערן, אַז אמאָל, װוען אײַנער פֿון זײי האָט בײַם פֿאָטער געבעטען אַ קאַפֿיקע, האָט ער איהם געפֿרעגט װוער ער איז, צי ברוד'קע, צי חיים'קע.
אזױ װוי איך בין געװוען אַ לעבעדיגער, געזעלשאַפֿטליכער יונג, בין איך מיט אלעמען געװוארען אַ גוטער ברודער, און זײי מיט מיר אױיך.
מײַן צימער איז געװוען אַ גוטער, און װוען איך פֿלעג ניט פֿאַרברענגען מיט דער פֿאַמיליע פֿלעג איך זיצען בײַ זיך און לעזען. די מאַסקאַװוער'ס צװוייטער זוהן און זײיער עלטסטע טאָכטער, מירעל (אַ בלאָנדליכע מיידעל, ניט קײן דאָרע, מיט אַ חנ'עװודיגען גוטמוטהיגען שמייכעל, בײַ װועלכען די אױיגען 494פֿלעגען בײַ איהר כמעט צוגעמאַכט װוערען), זײַנען אַ פֿאַר מאָל געגאַנגען אין דער שטאָדט ביבליאָטעק און מיר געבראַכט רוסישע ביכער פֿון דאָרטען. נעקאַרמעט האָט מען מיך גוט, און די ביכער זײַנען מיר אױיך געװוען אינטערעסאַנט. הײַנט װואָס האָט מער געפֿעלט? קורץ, איך האָב מײַן „מופֿן" אָפֿגעלייגט פֿון טאָג צו טאָג.
דער סוף איז געװוען, אַז איך האָב זיך באַשלאָסען צו בלײַבען. און אױיב עליע װועט מיך דערקענען, װועל איך לייקענען, אַז איך בין ער. אױיסגעזעהען האָב איך דאַן שױין גאָרניט מעשה טשינאָװוניק. איך האָב געטראָגען אַ פּראָסטען היטעל; די הױיזען זײַנען בײַ מיר געװוען אַרײַנגערוקט אין די שטיװועל. אױיפֿ'ן פּנים האָב איך געלאָזען אָפֿשערען די האָר, אזױ אַז זײַנען איבערגעבליבען אמת'ע פּאות. איך האָב אױיסגעזעהען װוי אַ בעל-הבת'ישער יונגערמאַן פֿון דעם אלט-מאָדישען קלאַס. אזױ, װוייניגסטענס, האָב איך געמיינט. יעדעם מאָל, װוען איך פֿלעג אַ קוק טאָן אין אַ שפּיגעל, פֿלעג איך מיט מײַן „גרים" זײַן העכסט צופֿרידען. הגם, צו דערזעלבער צײַט, פֿלעגט מיר געבען אַ שטאָך אין האַרצען, פֿאַרװואָס איך זעה אױיס װוי אַ ישיבה-בחור.
קורץ, בײַ מיר איז געבליבען, אַז איך זאָל זיך פֿאַר עליען אָנרופֿען מיט מײַן פֿאַלשען נאָמען ליפּשיץ, און שפּילען די ראָלע, אַז איך װוייס אפֿילו ניט װוער קאַהאַן איז.
אײַנמאָל אין אַ נאָכמיטאָג, שױין גאָר נאָהענט צו פּסח, קומט מירעל אַרײַן צו מיר אין צימער מיט אַ שיינענדינגען פּנים.
זי האָט אַ פֿרייליכע בשורה פֿאַר מיר: עליע איז שױין דאָ!
איך האָף, אַז דאָס װואָס איך האָב איהר אין יענער מינוט געװואונשען, איז איהר ניט אַנגעקומען.
זי האָט מיר מיטגעטיילט, אַז איהר ברודער איז איצט מיט 495איהר פֿאַטער אין דעם קאָנטאָר-צימערעל, און אַז איהר פֿאָטער לאָדעט מיך אײַן אױיף אַ גלאָז טהיי. מײַן פּנים האָט אנגענומען אַן אױיסדרוק פֿון דער עקסטער צופֿרידענהייט, און איך בין אװועק זיך פֿאַרשטעלען. זי איז געגאַנגען פֿאָראױיס און איך נאָך איהר. שפּרײיזענדיג דורכ'ן קאָרידאָר, האָב איך געזעהען, אַז מײַנע הױיזען זאָלען זײַן ריכטיג אַרײַנגערוקט אין די שטיװועל; מײַן שאַרף האָב איך ארומגעװויקעלט ארום האַלז, די היטעל האָב איך אַראָפֿגערוקט און די פּאות האָב איך אױיסגעגרייזעלט. איך בין געװוען כמעט זיכער, אַז עס װועט אָפֿגעהן גלאַט; װוארים נאָך אלעמען איז דאָך עליע מיט מיר פּערזענליך באַקאַנט ניט געװוען. ער האָט מיר געזעהן עטליכע מאָל אױיפֿ'ן גאַס, און אײַנמאָל, װוען איך בין פֿון זײַן קאָנטאָר אָפֿגעפֿאָהרען צוריק קײן װועליזש; אָבער מײַן אױיסזעהען איז דאַן געװוען אַ גאַנץ אַנדערער.
איך האָב איהם געדענקט גאַנץ גוט, װוארים איך האָב דאָך בײַ איהם געקױיפֿט די בילעטען, און אױיף פּנים'ער האָב איך אַ גוטען זכרון. אגב, האָט ער געהאַט אַ ספּעציעלע סאָרט אױיסזעהן: עס איז איהם לײַכט געװוען צו דערקענען: ער איז געװוען זעהר קלײין-געװואוקסען, מיט אַ קײלעכדיגען פּנים'ל, מיט אַ קורצליכען נעזעלע, מיט אַ בלאָנדער בערדעלע. זײַן קלײינינקער װואוקס אלײן האָט געצױיגען אױיפֿמערקזאַמקייט.
מיר זײַנען אַרײַן אין דעם צימערעל, װואו דער אלטער מאַסקאַװוער איז געזעסען מיט זײַן זוהן.
— יאַ, דאָס איז ער מיט די בײַנער! — האָב איך צו זיך געזאָגט.
איך האָב זיך געשטעלט אױיס מײַן ראָלע, און איך האָב געפֿיהלט, אַז איך שפּיל איהר גוט.
— אָט דאָס איז דער יונגער מאַן, — זאָגט דער אלטער מאַסקאַװוער צו זײַן זוהן.
איך האָב געזעהען, אַז דער יונגער מאַסקאַװוער איז ערשטוינט. פֿון איבערראַשונג איז ער אזש בלאַס געװוארען.
— װוי איז אײַער נאָמען? — האָט ער געפֿרעגט.
פֿון דעם טאָן, מיט װועלכען ער האָט אַרױיסגערערט דעם 496„װוי" איז געװוען דײַטליך, אַז ער האָט געהערט דאָס איך רוף זיך ליפּשיץ.
— ליפּשיץ, — האָב איך געענטפֿערט, קוקענדיג איהם אין די אױיגען.
זײַן בליק האָט אַ פֿליה געטאָן איבער מײַנע שטיװועל, מײַן היטעל, מײַנע פּאות.
— זײַט איהר ניט געװוען אין נעװועל מיט עטליכע מאָנאַט צוריק? — האָט ער געפֿרעגט אַ צוטומעלטער.
— װואָו, אין נעװועל? — מאַך איך זיך אַז דער נאָמען איז מיר אונבאַקאַנט.
דאַן האָט ער זיך געװוענדעט צו זײַן פֿאָטער:
— װוען מען װואָלט מיר ניט געזאָגט, אַז דאָס איז אַן אנדערער, װואָלט איך געשװואָרען אַז דאָס איז קאַהאַן, דער אוטשיטיעל פֿון װועליזש.
— װוי זאָגט איהר? — האָב איך געפֿרעגט מיט אַ מינע פֿון נײַגעריג'קייט, — קאַהאַן?
ער האָט מיר דערצײילט, אַז אין װועליזש איז פֿאַראַן אַ לעהרער מיט'ן נאָמען קאַהאַן. און מיר איז גרינגער געװוארען אױיפֿ'ן האַרצען. װויבאַלד איך בין נאָך אין װועליזש, בין איך דאָך ניט איך.
דער יונגער מאַסקאַװוער האָט מיר גענומען דערצײילען װועגען קאַהאַן'ען און צילישטיין'ען און זײיערע חברים, די לעהרער פֿון נעװועל, און װוי אזױי זײי האָבען פֿאַרבראַכט צוזאַמען די סוכות-טעג; און װוי די בעלי-הבתים פֿון שטאָדט האָבען געמאַכט הולאנקעס פֿאַר זײי און װואָס פֿאַר אַ לעבעדיגער יונג דער קאַהאַן איז.
גלײַך פֿון אנפֿאַנג רייזע האָב איך בײַ זיך באַשלאָסען ניט צו לייקענען, אַז איך בין פֿון װוילנא. סײַ-װוי-סײַ װואָלט מען דאָס דערקענט נאָך מײַן אקצענט. דער אלטער מאַסקאַװוער האָט דעריבער געװואוסט, אַז איך בין אַ װוילנער; און איצט, װוען 497עליע האָט מיר דערצעהלט אַז „יענער" קאַהאַן און אלע זײַנע נעװועלער חברים האָבען געשטודירט אין װוילנא, האָב איך זיך אָפֿגערופֿען:
— אין װוילנא? איך בין דאָך אױיך פֿון דאָרטען.
איך האָב זאָגאַר געזאָגט, אַז איך קען זיך מיט אײַניגע פֿון די װואָס האָבען געענדיגט דעם לעהרער-אינסטיטוט, אָבער אַז קאַהאַנ'ען מיט זײַנע נעװועלער חברים קען איך גראַד ניט.
אױיף דיזען אָרט בין איך מיט דעם יונגען מאַסקאַװוער באַקאַנט געװוארען. מיר האָבען אָפֿט פֿאַרבראַכט צוזאַמען, און דאָס האָט אַ שייכות צו דער געשיכטע װוי אזױי איך האָב זיך באַשלאָסען צו פֿאָהרען קײן אמעריקא.
צו די מאַסקאַװוערס פֿלעגט אַרײַנקומען אַ נעװועלער יונגער מאַן, אַ אידישער, װועלכער האָט דאַן שטודירט אין מאָהילעװו, אין אַ פֿעלדערשער שולע. זײַן נאָמען איז געװוען טראָפֿאַנאָװו. עליע האָט איהם געבראַכט אַ גרוס פֿון זײַנע עלטערען, און ער, טראָפֿאַנאָװו, האָט איהם איצט באַזוכט אלע טאָג. װוען ער האָט דערהערט, אַז איך בין עהנליך צו אַ שול-לעהרער מיט'ן נאָמען קאַהאַן, װועלכער האָט פֿאַרבראַכט אַ װואָך אין זײַן געבורט-שטאָדט און אַז דער דאָזיגער קאַהאַן איז געװוען אײַנגעלאַדען אין אלע בעל-הבת'ישע הײַזער, האָט ער גענומען פֿרעגען בײַ מאַסקאַװור'ן צי איז קאַהאַן ניט אײַנגעלאַדען געװוארען אין זײַן פֿאַטער'ס הױיז אױיך. נו, האָט זיך אַרױיסגעצײַגט אַז יאַ.
אַז איך בין עהנליך צו אַ מענשען, װועלכער האָט באַזוכט זײַן טאַטענ'ס הױיז, איז גאַנוג געװוען אַז ער זאָל זיך פֿאַראינטערעסירען מיט מיר. ער האָט מיר גענומען דערצײילען װועגען נעװועל, און איך האָב איהם געפֿרעגט װועגען דער פֿעלדשער-שול, אין װועלכער ער שטודירט. אױיף דיזען אָרט זײַנען מיר געװוארען נאהענט באַקאַנט. ער האָט מיר אױיסדערצײילט יעדע אײַנצעלהייט פֿון דעם לעבען אין זײַן פֿאַטער'ס הױיז. אײַנמאָל, 498אזױ רעדענדיג, האָט ער דערמאָנט זײַנעם אַ שװואָגער, װועלכער האָט געהייסען ספּאָקאַיני.
דיזער ספּאָקאַיני האָט אין נעװועל מיט אונז פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען. דאָס איז געװוען אַ הױיכער, שלאַנקער יונגער מאַן מיט אַ שװוארצער בערדעל, זעהר אַ לוסטיגער, פֿול מיט אנעקדאָטען און מיט לידעלעך. פֿון איהם האָב איך צום ערשטען מאָל געהערט װועגען דעם אידישען טעאַטער. פֿאַרבײַגעהענדיג, האָב איך אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל דערמאָנט דעם אידישען טעאַטער פֿון יענער צײַט. דאָ װויל איך װועגען איהם ריידען אױיספֿיהרליכער. דאָס געהערט אײַגענטליך ניט אינגאַנצען צו דיזען ענין, אָבער אינדירעקט האָט עס אױיך אַ שייכות צו דער אורזאך, דורך װועלכער איך האָב באַשלאָסען צו פֿאָהרען קײן אמעריקא. און אגב װועט עס אונז ניצליך זײַן אין די װוייטערדיגע בענדער װואו איך װועל דערצעהלען װועגען אידישען טעאַטער.
אין װוילנא איז דאַן קײן אידישער טעאַטער ניט געװוען ערלױיבט. אָבער דער גובערנאַטאָר פֿון װויטעבסקער גובערניע האָט דאָס יע ערלױיבט, און אַ געװויסע צײַט האָט דאָרטען געשפּילט גאָלדפֿאַדען'ס טרופּע, װועלכע האָט דאַן ארומגערייזט איבער רוסלאַנד. מיט אַ מאָנאַט אכט פֿריהער, אין דעם זומער פֿון 1881, האָט דיזעלבע טרופּע געשפּילט אין פּעטערסבורג, אױיף דעם קרעסטאָװוסקי אינזעל. דאָס איז געװוען אױיף דעם פֿאַריגען זומער, װוען איך בין געװוען אױיך בײַ מײַן אָנקעל אין פּעטערסבורג. אָבער דער אידישער טעאַטער האָט מיך דאַן אזױ װוייניג אינטערעסירט, אַז איך בין ניט גענאַנגען זעהן קײן אײַנציגע פֿון די פֿאָרשטעלונגען. אינטעליגענטע אידען האָבען דאַן איבערהױיפֿט אױיפֿ'ן אידישען טעאַטער געקוקט מיט פֿאַראַכטונג. די רוסיש-אידישע װואָכענבלעטער „רוסקי יעװורעי", „ראַזסװויעט" און „װואָסכאָר" האָבען ארונטערגעריסען די פּיעסען און די אקטיאָרען; זײי האָבען פֿון זײי חוזק געמאַכט. דער אידישער טעאַטער איז דאַן ניט געשטאַנען אױיף קײן הױיכער שטופֿע; אָבער דאָס איז ניט געװוען די װויכטיגסטע אורזאַכע. אינטעליגענטע אידען האָבען זיך מיט איהם פּשוט געשעמט, װוי זײי האָבען זיך געשעמט מיט אלץ, װואָס איז געװוען אידיש.
499װוען מען װואָלט אין יענע יאָהרען געברױיכט אזאַ אױיסדרוק װוי „אידישע ליטעראַטור", װואָלט זיך דער דורכשניטליכער געבילדעטער איד צולאַכט. מען האָט אנערקענט, אַז עס איז דאָ אַ העברעאישע ליטעראַטור, אָבער אַ אידישע?! דאָס װואָלט געקלונגען װוי אַ שפּאַס. עהנליכעס איז געװוען מיט דעם אידישען טעאַטער. מען האָט די שפּילער באַטראַכט אלס נידעריגע באַשעפֿענישען און זײיערע פֿאָרשטעלונגען אלס פּורים-שפּיל.
פֿונדעסטװועגען, װוען איך האָב געהערט אין נעװועל װוי ספּאָקאַיני זינגט גאָלדפֿאַדען'ס לידער און שטעלט פֿאַר סצענעס פֿון זײַן טעאַטער, האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט. און אַ פֿאַר פֿון די נגונים האָב איך זיך בײַ ספּאָקאַיני'ן אױיסגעלערנט. איצט אין מאָהילעװו, אלזאָ, װוען טראָפֿאַנאָװו האָט מיר דערצײילט װועגען זײַן שװואָגער, ספּאָקאַיני, מיט זײַנע טעאַטער-לידער, האָב איך זיך צוגעהערט מיט גרױיס נײַגעריגקייט. דורך דעם בין איך מיט טראָפֿאַנאָװו'ן נאָך נעהענטער געװוארען, און ער האָט זיך אױיף מײַן פֿריינדשאַפֿט אָפֿגערופֿען מיט זשעדנעקייט. זײַן הײַם-בענקענדע נשמה האָט זיך צוגעטוליעט צו מיר. ער האָט מיר דערצײילט די אינטימסטע זאַכען פֿון זײַן יונגען לעבען.
אײַנמאָל האָט טראָפֿאַנאָװו מיר פֿאָרטרױיט, אַז אין מאָהילעװו געפֿינט זיך איצט אַ מאַן, װועלכער איז געקומען פֿאַרשרײַבען אידישע יונגע לײַט, װואָס װוילען פֿאָהרען קײן פֿאַלעסטינא. זײַן נאָמען איז בעלקין, האָט ער מיר געזאָגט.
— איך דערצײיל דאָס אײַך, װוייל איך װוייס אַז איהר זײַט אױיך ניט אבי װואָס פֿאַר אַ מענש, — האָט ער מיר ערקלערט, — איהר מיינט אַז איך גלױיב אַז איהר אנטלױיפֿט פֿון פֿריזיװו? זאָגט מיר, װוער זײַט איהר?
ער האָט מיך גענומען פֿאַרזיכערען, אַז מען קען איהם פֿאַרטרױיען אַ סוד; אָבער איך האָב געלייקענט, אַז איך האָב סודות און שטיפעריש חוזק געמאַכט פֿון זײַן חשד. בעלקין'ען האָט זיך מיר אָבער געװואָלט זעהן. אלזאָ, האָב איך איהם געבעטען, אַז ער זאָל איהם ברענגען צו מיר.
500די װואָכען-בלעטער „רוסקי יעװורעי", „ראַזסװויעט" און „װואָסכאָר" זײַנען דאַן געװוען פֿול מיט דעבאַטען צװוישען די „אמעריקאַנצעס" און די „פֿאַלעסטינצעס". עס איז געװוען נאָך דער רייהע פֿאָגראָמען, װועלכע האָבען אױיסגעבראָכען אין זיד-רוסלאַנד אין 1881, גלײַך נאָכדעם װוי די טערָאריסטען פֿון דער רעװואָלוציאָנערער פּאַרטי „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ" האָבען געטױיטעט אלעקסאַנדער דעם צװוייטען.
אַ געװויסער קלאַס אינטעליגענטע אידישע יונגע לײַט האָבען דורך די פֿאָגראָמען דערפֿיהלט אַז רוסלאַנד איז ניט זײיער היים און אַז מען מוז זוכען אַ אמת'ע היים פֿאַר דעם אידישען פֿאָלק. אָבער װואו? אַ טײיל זײַנען געװוען פֿאַר אמעריקא און אַ טײיל פֿאַר פֿאַלעסטינא.
אלס רעזולטאַט פֿון די אנטיסעמיטישע מהומות זײַנען פֿאַרגעקומען אזעלכע סצענעס װוי די פֿאָלגענדע, צום בײַשפּיעל:
אין קיעװו קומט אַ גרופּע אידישע סטודענטען אַרײַן אין אַ שוהל, װועלכע איז געפּאַקט מיט פֿאַרטרױיערטע, פֿאַרװוייניטע אידען. אײַנער פֿון דער גרופּע, אַ שלאַנקער אונױיװוערסיטעטס סטודענט, מיט'ן נאָמען אלעניקאָװו, שטעלט זיך אַנידער אױיף דער בימה און װוענדעט זיך צום עולם אױיף רוסיש:
— מיר זײַנען אײַערע ברידער, מיר זײַנען אידען אזױי װוי איהר, מיר האָבען חרטה פֿאַרװואָס מיר האָבען ביז אהער זיך געהאַלטען פֿאַר רוסען און ניט פֿאַר אידען. די פֿאַסירונגען פֿון די לעצטען װואָכען — דער פּאָגראָם אין עליסאַװועטגראַד, אין באַלטא, דאָ בײַ אונז אין קיעװו און אין אנדערע שטעדטער, האָט אונז געװויזען װואָס פֿאַר אַ טרױיעריגען טעות מיר האָבען געהאַט. יאַ, מיר זײַנען אידען.
װואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק די װוערטער האָבען געמאַכט אױיף דער קהילה איז איבעריג צו שילדערען.
501דאָס איז געװוען דער אָנהױיב פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער באַװועגונג צװוישען אינטעליגענטע אידישע יונגע לײַט אין רוסלאַנד. און די קיעװוער סטודענטען, װוענען װועלכע איך האָב דאָ דערצײילט, זײַנען געװוען „אמעריקאַנצעס".
אײַניגע זײַנען אזױי באַגײַסטערט געװוארען, אַז זײי האָבען כמעט אױיפֿגעהערט צו ריידען רוסיש און גערעדט אידיש, הגם זײי זײַנען פֿון דער שפּראַך שױין געװוען אָפֿגעװואוינט. עס האָבען זיך אױיך געפֿונען אזעלכע ענטוזיאַסטען װואָס האָבען אױועקגעװוארפֿען זײיערע רוסישע נעמען און גענומען געברױיכען זײיערע אידישע נעמען. יאַקאָב, צום בײַשפּיעל, האָט זיך גענומען רופֿען יאַנקעל; נאַטאַשאַ האָט ניט אָפֿגעענטפֿערט סײַדען מען האָט איהר גערופֿען עטעל. די צאָהל פֿון אזעלכע נאַציאָנאַליסטען איז אָבער געװוען קלײין. און איך מוז זאָגען, אַז דער פּראָצענט פֿון אידישע רעװואָלוציאָנערען, װועלכע זײַנען פֿאַרטראָגען געװוארען אױיף דער נאַציאָנאַלער כװואַליע, איז אױיך געװוען אַ קלײינער. דעריבער מוז מען צוגעבען דעם פֿאָלגענדען פֿאַקט, װועלכער קלינגט הײַנט כמעט אונגלױיבליך:
צװוישען די אידישע רעװואָלוציאָנערען האָבען זיך געפֿונען אזעלכע, װואָס האָבען די אנטיסעמיטישע מהומות באַטראַכט אלס אַ פֿרעהליכע ערשיינונג. זײיער טעאָריע איז געװוען, אַז די פּאָגראָמען זײַנען אַן „אינסטינקטיװוער" אױסברוך פֿון אַ רעװואָלוציאָנערען פֿאָלקס-צאָרן פֿון די רוסישע מאַסען נעגען זײיערע אונטערדריקער. דער פֿאַרשטער רוסישער עולם װוייס, אַז דער קיסר, די „טשינאָװוניקעס" און די „זשידעם" צאַפֿען זײַן בלוט. נו, האָבען די פֿויערים פֿון מאָלאָראָסיע (אוקראַינע) זיך פֿאַרלױיפֿיג אַ נעהם געטאָן צו די אידען, די פּראָצענטניקעס; דאָס הייסט, אַז עס האָט זיך צוברענט דער רעװואָלוציאָנערער פֿלאַקער, און ממילא װועט שױין קומען צו די טשינאָװוניקעס און דעם קיסר גופֿא. אזױ איז געװוען די ערקלעהרונג פֿון געװויסע רעװואָלוציאָנערען, ניט אידישע און אידישע.
געװויסע מיטגלידער פֿון דער געהיימער פּאַרטי „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", װועלכע האָט מיט אַ קורצער צײַט פֿריהער געטױיט 502דעם צאַר, האָבען ארױיסגעלאָזען אַ פּראָקלאַמאַציע צו די פּאָגראָמשטשיקעס אין אוקראַינע. אין דיזער פּראָקלאַמאַציע ערקלעהרען זײי דעם געדאַנק, װועלכען איך האָב דאָ איבערגעגעבען, און זײי גיבען די פּאָגראָמשטשיקעס צו מוט אָנצוגעהן מיט דער „רעװואָלוציאָנערער" אַרבייט. זײי װוייזען אָן, אַז די אידען זײַנען ניט די אײַנציגע צו װועמען מען דאַרף זיך נעהמען (די פּראָקלאַמאַציע איז איבערגעדרוקט אין נומער 6 „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", דער אָפֿיציעלער אָרגאַן פֿון דער פּאַרטי).
צװוישען די, װואָס האָבען די פּראָקלאַמאַציע צוזאַמענגעשטעלט און רעדאַגירט, איז געװוען אַ איד.
די װוילנער און װויטעבסקער גובערניעס האָבען זיך געפֿונען גאַנץ װוייט פֿון דעם פּאָגראָם-געגענדער. אונז האָבען דערגרייכט נאָר אָפֿקלענגונגען פֿון די דאָרטיגע פֿאַסירונגען. איך געדענק אָבער גאַנץ דײַטליך דאָס פֿאָלגענדע:
נאָך זײַענדיג אין װוילנא, פֿאַר מײַן אָפֿפֿאָהרען אױיף מײַן שטעלע אין װועליזש, האָב איך װועגען די פּאָגראָמען געהאַט אַ געשפּרעך מיט אײַנעם פֿון די אנדערע מיטגלידער פֿון אונזער רעװואָלוציאָנערען קרוזשאָק. מיר האָבען געלעזען אַ שריפֿט װועגען דעם זעלבען ענין, און איך געדענק, אַז מיר זײַנען אײַנפֿאַרשטאַנען געװוען אַז דער פּאָגראָם װוערט געמאַכט געגען „עקספּלואַטאַטאָרען", און עס װועט זײַן אַן אנהױיב פֿון אַ רעװואָלוציאָנערען פֿלאַקער, װועלכער װועט ענדליך פֿאַרניכטען דעם טראָן מיט די קאַפּיטאַליסטען, מיט יעדער פֿאָרם פֿון אונטערדריקונג און רױיבערײַ.
איך בין דאַן געװוען אַ רויהער אינגעל און האָב װוייניג פֿאַרשטאַנען. איך האָב אַ סך געלעזען און שטאַרק געפֿיהלט; אָבער קײן קלאָרהע איבערצײַגונגען און װועלט-פֿאַרשטאַנד האָט דאָס מיר נאָך ניט געבראַכט. מײַנע מײַנונגען האָבען קײן ממשות ניט געהאַט. איך האָב אײַגנטליך קײן מײַנונגען ניט געהאַט. דער אמת איז, אַז כמעט די גאַנצע רעװואָלוציאָנערע פּאַרטי איז דאַן מייסטענס באַשטאַנען פֿון רױיהע יונגע לײַט; און אױיב איהרע 503פֿיהרער זײַנען געװוען פֿיל ענטװויקעלטער װוי איך, זײַנען זײי פֿאַרהעלטעניסמעסיג אױיך נאָך געװוען ניט מעהר װוי יונגע „שנעקסעס".
אײַדער איך געה װוייטער װוייל איך מאַכען נאָך אַ באַמערקונג.
איך האָב שױין געזאָגט, אַז די פּאָגראָמען האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען גלײַך נאָכדעם װוי מען האָט געטױיט דעם קיסר — עטליכע װואָכען נאָכדעם. װוען די באָמבע האָט געטראָפֿען אלעקסאַנדער'ן, און דאָס לאַנד האָט געקאָכט מיט דער שטוינענדער נאַכריכט, האָבען די רעװואָלוציאָנערען געהאָפֿט, אַז דער טהאַט װועט דינען אלס אַ סיגנאַל צו אַ רעװואָלוציע. אזױ װוי גלײַך האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען די פּאָגראָמען, זײַנען זײי געװוען גענייגט צו מיינען, אַז דאָס איז אַן אנפֿאַנג פֿון דעם ערװוארטעטען אױיפֿשטאַנד, נאָר אַז ער נעהמט אָן אַן אונערװוארטעטע פֿאָרמע: אַנשטאָט גלײַך צו באַפֿאַלען רעגירונגס-צענטרען, באַפֿאַלען די מאַסען צוערשט די אידען. דאָס איז נאָר אַן אנהױיב אזעלכער, האָבען זײי זיך געטרייסט.
אָבער ניט אלע רעװואָלוציאָנערען האָבען די פּאָגראָמען אױיסגעטײַטשט אױיף אזא שטייגער. עס זײַנען געװוען אזעלכע, װואָס האָבען געהאַט אַ פֿאַרקעהרטע מיינונג, נעמליך, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געמאַכט געװוארען פֿון דער רעגירונג גופֿא, אומישנע כדי דעם טראָן צו ראַטעװוען פֿון דעם רעװואָלוציאָנערען װואולקאַן. דער גײַסט פֿון אױיפֿשטאַנד האָט זיך װוירקליך פֿאַנאַנדערגעשפּילט, הייסט עס; אָבער די רעגירונג האָט אָפֿגעצויגען די רעװואָלוציע אָן אַ זײַט, אױועקגעשלעפּט איהר פֿון איהר ריכטיגען גאַנג; געמאַכט די אידען פֿאַר אַ כפרה-הינדעל: געזוכט צו פֿאַרטומלען בײַ די מאַסען די מוחות און אײַנצורײידען זײי, אַז דער איד, און ניט דער קיסר, איז שולדיג אין אלע זײיערע צרות. אױיף דיזען אופֿן איז דער פֿויער אַרײַנגעשלעפּט געװוארען אין דער אנטיסעמיטישער כװואַליע און ער האָט זיך פֿאַרגעסען אָן דער אמת'ער אורזאַך פֿון זײַנע אומגליקען — די דעספּאָטישע, רױיבערישע רעגירונג. אזױי האָט דעם פּשוט געלערנעט אַ צװוייטער סאָרט רעװואָלוציאָנערען.
504דאַן, און נאָך פֿילע יאָהרען שפּעטער האָט מען אָפֿט געהערט דעם אױיסדרוק, אַז די רעגירונג האָט די פּאָגראָמען געברױיכט אלס אַ „דונער-אָפֿציהער"*.
אלס באַשטעטיגונג פֿון דיזער טעאָריע האָט מען אָנגעװויזען אױיף דעם פֿאָלגענדען פֿאַקט:
כמעט אומעטום האָט די רעגירונג, אַנשטאָט צוצוטרײַבען די פּאָגראָמשטשיקעס אָדער זײי צו אַרעסטירען און באַשטראָפֿען, זײי צוגעגעבען מוט און געהעצט צו נײַע געװואלט-טהאַטען. איך זאָג „כמעט", װוייל עס זײַנען געװוען אױיסנאַהמען; אָבער אין אלגעמיין האָט זיך די פּאָליציי און אנדערע בעאַמטע פֿאַרהאַלטען סקאַנדאַלעריג. עס זײַנען געװוען פֿאַרשפּרייט באַריכטען דאָס דער קיסר הײַסט מאַכען פּאָגראָמען אױיף די אידען. און די רעגירונג האָט זײי ניט אָפֿגעלייקענט; אין מאַנכע פּלעצער האָט זיך אַרױיסגעצייגט, אַז די פֿיהרער פֿון די פּאָגראָמשטשיקעס זײַנען טשינאָװוניקעס אַנשטאָט פֿויערים.
מען האָט זײי קײן דין ניט געטאָן, אָבער אומאָפֿיציעל האָבען די פּאָליציי און פֿילע טשינאָװוניקעס די פּאָגראָמשטשיקעס געהאָלפֿען אינדירעקט, אָדער זאָגאַר דירעקט, און װועגען דעם קען קײן צװוייפֿעל ניט זײַן.
זײַנען אָבער די פּאָגראָמען געװוען אַ פֿאָרױיס-געפֿלאַנעװועטער מיטעל צו ראַטעװוען די רעגירונג פֿון דעם פֿאָלקס צאָרן? דאָס צו גלױיבען װואָלט, לױיט מײַן מײַנונג, געװוען אַן אונזין. אָבער אַז נאָכדעם װוי די פּאָגראָמען האָבען זיך שױין אױיסגעבראָכען, האָט מען אזא ציל מעהר װוייניגער געהאַט אין זינען, דאָס איז זיכער.
505דער ערשטער פּאָגראָם, דער עליסאַװועטגראַדער, איז געװוען ניט מעהר װוי אַ צופֿאל. ער איז ארױיסגעקומען פֿון אַ צוזאַמענשטוס צװוישען אַ אידישען שענקער און אַ שכור'ן פֿויער.
אָבער גלײַך נאָכדעם האָבען זיך פֿאַרשפּרייט אטאַקעס אױיף אידען אין פֿילע אנדערע פּלעצער. נו, האָט מען געזאָגט, אַז די רעגירונג האָט זיך מיט דעם עליסאַװועטגראַדער פּאָגראָם באַנוצט װוי מיט אַ בײַשפּיעל און — דירעקט אָדער אינדירעקט — געהאָלפֿען מאַכען פּאָגראָמען אין אנדערע שטעדט און שטעדטעלעך.
און די אלע װוייטערע רױיבערייען און רציחות האָבען אױיף זיך געטראָגען דעמזעלבען זיגעל; עס האָט זיך געפֿיהלט דאָס אײַן האַנד פֿיהרט די גאַנצע בלוטיגע באַװועגונג. און אױיף דעם זײַנען געװוען איבערצײַגענדע באַװוייזע.
עס זײַנען אלזאָ געגרינדעט געװוארען צװויי פּאַרטייען. די אמעריקאַנצעס האָבען געגלױיבט, אַז אַ נײַע היים דאַרפֿען אידען גרינדען אין אמעריקא, אין דער מדינה פֿון גרױיסע מיטעל און אױיסזיכטען. די „פֿאַלעסטינצעס", װוידער, האָבען אנגעוויזט פֿאַר עמיגראַציע אין דער אלטער היים פֿון דעם אידישען פֿאָלק — קײן פֿאַלעסטינא. בעלקין איז געװוען אײַנער פֿון די ערשטע „פֿאַלעסטינצעס", און ער איז געקומען קײן מאָהילעװו פֿאַרשרײַבען מענשען װואָס זײַנען בערייט געװוען צו פֿאָהרען מיט איהם אין ארץ ישראל גרינדען קאָלאָניעס. ער איז געװוען אײַנער פֿון די פּיאָנערען פֿון דער ציוניסטישער באַװועגונג.
איך האָב שױין באַמערקט, אַז די דאָמאָלסדריגע צייטונגען „רוסקי יעװורעי", „ראַזסװויעט" און „װואָסכאָר", זײַנען פֿול געװוען מיט דיזע ענינים.
דעם „רוסקי יעװורעי" האָב איך געלעזען רעגעלמעסיג; אלזאָ האָב איך דאָרטען געלעזען אַרטיקלען און װועגען די דאָזיגע פֿראַגען. זײי האָבען מיך אָבער אינטערעסירט װוי אַ פֿרעמדע זאַך.
506איצט אָבער, װוען טראָפֿאַנאָװו האָט מיר דערצעהלט װועגען בעלקינ'ען און זײַן טעטיגקייט, האָט דער ענין מיר פֿאַראינטערעסירט אױיף אַ נײַעם שטייגער.
דער נאָמען בעלקין האָט מיר געקלונגען װוי דער נאָמען פֿון אַ געהיימניספֿולער פּערזענליכקייט. ער און דער בוך, אין װועלכען ער האָט פֿאַרשריבען קאַנדידאַטען, האָבען גערייצט מיין נײַגעריגקייט. אגב האָט זיך מיר געװואָלט דורכרײידען זיך מיט אן אינטעליגענטען מענשען פֿון דיזען סאָרט. איך בין געװוען אָפֿגעשניטען פֿון אלע מײַנע חברים און פֿרײַנד און דאָ איז ניטאָ עפּעס אַ בעלקין, אַ כלל-טוער פֿון דעם נײַעם שניט, אַן אידעאַליסט, כמעט אײַנער פֿון „אונזערע". אפֿשר קען ער מיר העלפֿען מיט אַ ראַטה אָדער מיט אן אדרעס אין דער שװוייץ.
אױיף מאָרגען איז טראָפֿאַנאָװו געקומען מיט בעלקינ'ען.
איך האָב דערזעהן אַ יונגען מאַן, ניט קײן הױיכען, מיט בלאָנדליכע האָר, מיט אן עהרליכען פּנים. איך האָב זיך ענטשולדינט פֿאַר טראָפֿאַנאָװו'ן, װואָס איך מוז איהם בעטען איבערצולאָזען אונז אַלײן, און ער איז אװועק.
װוען איך און בעלקין זײַנען געבליבען זיך צו ערטערן, האָט ער אױיף מיר געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ שטילען, ערנסטען מענשען, ניט קײן פּלאַפּלער. ער איז מיר געפֿעלען געװוארען.
ער האָט מיר ערקלעהרט זײַן אידעע און דעם פּלאַן װועגען פֿאהרען אין פֿאַלעסטינא. ער האָט מיך געפּרואװוט „פּראָפּאַגאַנדירען"; ער האָט אָבער געזעהן אַז זײַנע װוערטער פֿאַלען אױיף טויבע אױיערען.
נאָכדעם װוי מיר האָבען אזױי פֿאַרבראַכט בײַ אַ שטונדע און איך האָב געפֿיהלט אַז דיזען מענשען קען איך געטרױיען, האָב איך איהם אױיסגעזאָגט די אמת'ע אורזאַכע פֿון מײַן רייזע. מײַן פּלאַן צו פֿאָהרען קײן װוארשע צו יאַצקעװויטש'ען, האָב איך איהם ניט מיטגעטיילט. איך האָב נאָר געזאָגט, אַז איך פֿאָהר אין דער שװוייץ, אַז איך פֿריהער פֿון אלץ בין איך אַ סאָציאַליסט, און אַז אין דער פֿאַלעסטינישער אידעע גלױיב איך ניט.
507װוי װוייט איך געדענק, האָט די פּרינציפּיעלע זייט פֿון אונזער דעבאַטע ניט לאַנג אָנגעהאַלטען. ער האָט גענומען אפּעלירען צו מיר אין דעם נאָמען פֿון מיין פּערזענליכער צוקונפֿט. איך װועל קומען צוריק אין רוסלאַנד אלס „ניט-לעגאַלער", אױיף אַ פֿאַלשען פּאַספּאָרט, און איך װועל װוידער זיך באַטײיליגען אין דער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג; פֿריהער אָדער שפּעטער, װועט מען מיך אַרעסטירען. איך װועל אומברענגען מיין לעבען, און פֿאַר װועמען? פֿאַר דעם רוסישען פֿאָלק, װואָס מאַכט אױיף אונז פּאָגראָמען! אין פֿאַלעסטינא, אָבער, װועל איך העלפֿען פֿאַרװוירקליכען אַ אידעאל פֿאַר דעם גליק פֿון אונזער פֿאָלק און דערבײַ װועל איך ניט ריזיקירען מיט מיין פֿרייהייט און לעבען. און אױיב איך װויל ניט אנדערש װוי דינען מיין סאָציאַליסטישען אידעאל, טאָ פֿאַרװואָס זאָל איך פֿאַהרען דוקא אין דער שװוייץ? פֿאַרװואָס ניט אין אמעריקא? ער האָט מיר דערצעהלט, אַז אהין לאָזען זיך איצט אױועק פֿילע אידישע סאָציאַליסטען פֿון רוסלאַנד. זײי טוען דאָס מיט דעם צװועק דאָרטען צו גרינדען קאָמוניסטישע קאָלאָניעס. הײַנט פֿאַרװואָס זאָל איך אױיך ניט פֿאַהרען אהין? ער האָט מיר איבערגעגעבען אײַניגע אײַנצעלהייטען פֿון דיזער עמיגראַציע.
איך האָב געענטפֿערט, אַז װוען דאָס רוסישע פֿאָלק װואָלט געװוען פֿרײַ און מען װואָלט איהם געלאָזט פֿאַרשטעהן דעם אמת, װואָלט אלץ אנדערש געװוען. אלזאָ, מוז מען באַפֿרײַען די גאַנצע רוסישע נאַציאָן. דאַן װועלען קײן פּאָגראָמען ניט זײַן און דאַן װועלען אידען האָבען די זעלבע רעכט װוי קריסטען; אלע װועלען זײַן פֿרײַ און גלײַך.
דאָס װואָס ער האָט מיר דערצעהלט װועגען סאָציאַליסטען װועלכע פֿאָהרען קײן אמעריקא, האָט אָבער אױיף מיר געמאַכט אַ שטאַרקען אײַנדרוק.
פֿאַר מיר האָט זיך גענומען מאָהלען אַ פֿאַנטאַסטישער בילד פֿון אַ קאָמוניסטישען לעבען אין דער װוייטער אמעריקא, אַ לעבען װואו מען װוייסט ניט פֿון „מײַנע" און „דײַנע", װואו אלע זײַנען ברידער און אלע זײַנען גלײַכליך. פֿריהער פֿלעג איך זיך פֿאַר508שטעלען, אַז אזא אידעאל װועט מקוים װוערען ערשט אין דער צוקונפֿט; און דאָ װועט ער פֿאַרװוירקליכט װוערען אױיפֿ'ן שטעל; און איך װועל אין דיזער פֿאַרװוירקליכונג אנטײיל נעהמען!
איך האָב געהאַט געלעזען װועגען „סאָציאַליסטישע" קאָלאָניעס, װואָס ראָבערט אָװוען האָט געפּרואװוט גרינדען אין פֿריהערדינע צייטען. נאָר יענע זײַנען דורכגעפֿאַלען, װוייל זײי זײַנען געװוען געגרינדעט אױיף טעות'ן. דיזע נײַע אידישע קאָלאָניעס אָבער װועלען געגרינדעט װוערען אױיף אַ גאַנץ נײַעם שטייגער. זײי װועלען פֿאַרװוירקליכען דעם סאָציאַליזם װוי עס באַדאַרף צו זײַן. אזױי האָב איך זיך געקלערט אױיפֿ'ן גרונד פֿון דעם, װואָס בעלקין האָט מיר דערצעהלט.
מיט זײַנע פֿריינדליכע װוערטער האָט ער אױיף מיר געהאַט אַ װוירקונג. בעלקין דער „פֿאַלעסטינעץ" האָט מיך געמאַכט פֿאַר אן „אמעריקאַנעץ". ער האָט מיך באַגײַסטערט פֿאַר קאָמוניסטישע קאָלאָניעס אין אמעריקא.
בעלקין האָט מיר געזאָגט, אַז אין בראָד, גאַליציען, זײַנען פֿאַרזאַמעלט טױיזענדער אידישע עמיגראַנטען און אַז צװוישען זײי געפֿינט זיך אַ הײַבשע צאָל פֿון יענע סאָציאַליסטען, װועלכע פֿאָהרען קײן אמעריקא מיט דעם צװועק צו גרינדען קאָמוניסטישע אידישע קאָלאָניעס און אױיף אזא שטייגער אנצופֿאַנגען אַ נײַעם קאַפּיטעל אין דעם לעבען פֿונ'ם אידישען פֿאָלק.
דער געדאַנק דערפֿון איז געװוען אזױי: מען באַשולדינט די אידען אַז דאָס רוב פֿון זײי זײַנען הענדלער, שאַכער-מאַכערס, פּראָצענטניקעס; װועלען זײי באַװוייזען דער װועלט אַז זײי באַשעפֿטיגען זיך מיט נוצליכע, פּראָדוקטיװוע אַרבייט, הױיפּטזעכליך מיט ערד-אַרבייט.
איך זאָג „הױיפּטזעכליך", װוייל ערד-אַרבייט האָט זיך גערעכענט פֿאַר דער שעהנסטער און עהרליכסטער פֿאָרמע פֿון אַרבייט. דער דאָזיגער באַגריף איז איבערגענומען געװוארען פֿון די פֿאַרצייטינע דורות; און אפֿשר האָט ער דעם געשטאַמט פֿונ'ם פֿאַקט, אַז בײַ לענדער, װועלכע האָבען געהאַט גרױיסע אידישע באַפֿעלקערונגען, זײַנען געװוען אגריקולטור-לענדער, און ערד-אַרבייט האָט זיך דאָרט גערעכענט פֿאַר דער עהרליכסטער אַרבייט. די ערשטע רוסישע 509רעװואָלוציאָנערען האָבען דעם ערד-אַרבייטער פֿאַרגעטערט אלס דעם אמת'ן שפֿייזער פֿון רוסלאַנד. אידען װוידער האָבען מיט ערד-אַרבייט זיך ניט באַשעפֿטיגט און זיך ניט געקענט באַשעפֿטיגען. זײי האָבען געהאַנדעלט, געשאַכער-מאַכערט מיט די װואָס האָבען געהאַט אזא באַשעפֿטיגונג — מיט פֿויערים. צו פֿאַרװואַנדלען דאָס אידישע פֿאָלק אין אַ פֿאָלק פֿון ערד-אַרבייטער איז דעריבער געװוען דער גרעסטער אידעאל אי בײַ די פֿאַלעסטינצעס אי בײַ די אמעריקאַנצעס. מעהר ניט װואָס די האָבען דאָס געװואָלט טאָן אין ארץ ישראל און די — אין אמעריקא.
װוענען קאָמוניסטישע קאָלאָניעס האָט מען אין די אידישע צייטונגען דאַן אפֿען ניט גערעדט. אזא ענין װואָלט געװוען געפֿעהרליך צו דערמאָנען. ערשט פֿון בעלקינ'ען האָב איך זיך דערװואוסט, אַז צװוישען די אמעריקאַנצעס זײַנען פֿאַרהאַן סאָציאַליסטען װואָס פֿאָהרען גרינדען קאָמונעס.
בעלקין האָט זיך מיט מיר װוארים געזעגענט און געװואונשען מיר אַ גליקליכע רייזע*.
ער האָט אױיף מיר געמאַכט זעהר אַ גוטען אײַנדרוק און ער האָט בײַ מיר איבערגעלאָזען אין אַ פֿיבער. איך בין אַהין און צוריק איבער מײַן צימער אין גרױיס אױיפֿרעגונג. אמעריקא! פֿאָהרען אין יענער װוייטער, װוייטער לאַנד! גרינדען אַ גן עדן אױיף דער ערד! מענשען װועלען פֿאַרװואַנדעלט װוערען אין מלאכים!
אלע מײַנע פֿריהערדינע פּלענער זײַנען פּלוצלונג צופֿאלען געװוארען. איך האָב זיך דערפֿיהלט אלס „אמעריקאַנעץ". איך האָב געשװועבט אין דער לופֿטען.
אָט דאָרטען, אין יענעם צימער, אין מאַסקאַװוער'ס אכסניה, איז בײַ מיר געבאָרען געװוארען דער באַשלום װועגען פֿאָהרען אין אמעריקא.
510איך האָב געװואָלט, אַז דער פּסח זאָל װואָס שנעלער אװועקגעהן, כדי איך זאָל קענען אנהױיבען מײַן לאַנגע רייזע. אָבער אום װוייטער צו פֿאָהרען דאַרף מען האָבען אַ פּאַס. אַ פֿאַלשען פּאַס קען מען אין אַ רעװואָלוציאָנערען קרוזשאַק לײַכט קריגען; מיט די מאָהליװוער סאָציאַליסטען האָב איך אָבער קײן פֿאַרבינדרונגען ניט געהאַט. און בעלקין האָט מיר אין דיזען ענין ניט געקענט העלפֿען. איך האָב, אלזאָ, אלײן געמוזט קריגען אַ פּאַס.
איך האָב זיך געװוענדעט צו דעם אלטען מאַסקאַװוער ער זאָל מיר זאָגען װואו עס װואוינט דער „סבארשטשיק"*. מאַסקאַװוער האָט מורא געהאַט זיך צו מישען אין אזעלכע זאַכען. בין איך אין אַ געװויסען אװוענד, חול המועד פּסח, ארױיס אױיפֿ'ן גאַס, און באַגעגענענדיג צװוויי אלטע װוייבער האָב איך בײַ זײי געפֿרעגט, װואו עס װואוינט „יחיאל דער סבארשטשיק". דעם „יחיאל" האָב איך אױיסגעטראַכט אין דער האָפֿענונג אַז זײי װועלען פֿאַרריכטען מײַן „גרייז" און מיר זאָגען דעם סבארשטשיק'ס ריכטיגען נאָמען. אזױי איז טאַקע געװוען.
— יחיאל? איהר מוזט מיינען שמעון — האָבען זײי געזאָגט (זײַן נאָמען איז גאָר געװוען אן אנדערער, נאָר איך געדענק איהם ניט).
— יאַ, שמעון, — האָב איך געענטפֿערט.
זײי האָבען מיר אנגעװויזען װואו „שמעון דער סבארשטשיק" װואוינט און איך בין אװועק אהין. דעם סבארשטשיק'ס דירה איז באַשטאַנען פֿון אײַן צימער, און װוען איך בין אריינגעקומען 511איז ער געװוען פֿול מיט װוייבער. זײי זײַנען אָבער גלײַך אנטלאָפֿען, װוי פֿליגען װוען מען גיט אַ פּאַך מיט'ן האַנט. דעם סבארשטשיק'ס געשעפֿט איז אלעמאל געװוען באַטראַכט אלס אַ געהיימער עסק; און זײַן פֿרױ און איהרע שכנים האָבען שױין געהאַט אַ כלל, אַז װוען עס קומט אריין אַ פֿרעמדער מענש דאַרפֿען זײי פֿאַרשװוינדען.
דער סבארשטשיק איז געװוען אן אלטערער איד, מיט קראַנקע רויטע אױיגען.
איך בין גלײַך צוגעקומען צום פּונקט.
— איך דאַרף אַ פּאַס, — האָב איך געזאָגט.
דער סבארשטשיק האָט אַ מאַך געטאָן מיט'ן האַנט, פּונקט װוי מיין בעל-אכסניה, אזױי װוי ער װואָלט זאָגען: „פֿאַר געלט קאָן מען אלץ קריגען".
— איך װויל אָבער, אַז אין דעם פּאַס זאָלען זײַן אױיסגעשריבען מיינע ריכטיגע פּרימעטעס (באַשרײַבונג פֿון דעם אױיסזעהען).
— דאָס קען מען אױיך, — האָט ער געענטפֿערט.
איך האָב געפֿאָדערט, אַז אין די „פּרימעטעס" זאָלען זײַן באַצייכענט מיינע קאַסאָקע אױיגען, עס זאָל שטימען מיט מיין אױיסזעהען.
מיר האָבען זיך גענומען דינגען װועגען דעם פּרײַז. מיר זײַנען דורכגעקומען אױיף אַ געװויסער סומע פֿאַר אַ פּאַס אױיף דריי מאָנאַטען. איך האָב איהם געגעבען צעהן רובעל האַנט-געלט און די איבעריגע (איך געדענק ניט װוויפֿיל) — װוען די „סחורה" װועט פֿאַרטיג װוערען.
אַ פֿאַר טעג שפּעטער קומט דער סבארשטשיק צו מיר אין דער אכסניה און רופֿט אריין דעם בעל הבית אין צימער.
— פּאַני מאַסקאַװוער, איך האָב אײַער יונגען מאַן אָפֿגעבראַכט זײַן פּאַס, — האָט ער געזאָגט, אזױי װוי אַ שניידער װואָס האָט אָפֿגעבראַכט אַ קאַפּאָטע, — אָט זעהט אַז אלץ איז ראַיעל.
מאַסקאַװוער האָט זיך אָפֿגעטרייסעלט און איז ארױיסגעלאָפֿען. בײַ אזא געשעפֿט האָט ער ניט געװואָלט זײַן קײן עדות.
512אין מיין נײַעם פּאַס האָב איך שױין ניט געהייסען ליפּשיץ, נאָר קרוגלאַנסקי.
— גערדענקט-זשע, — זאָגט צו מיר דער סבארשטשיק, — איהר זײַט מעהר ניט ליפּשיץ; איהר זײַט קרוגלאַנסקי.
דאָס האָט מיר דערמאָנט אָן מיין פֿרײַנד, דעם אלטען מערסאָן פֿון װועליזש, װועלכער האָט מיר געהייסען גערדענקען אַז איך בין מעהר ניט קאַהאַן נאָר ליפּשיץ.
מילא, זאָל זײַן קרוגלאַנסקי. אבי די פּרימעטעס האָבען געשטימט. אַ גוטער פּאַס. אַ רויטער איז ער געװוען (אַ „קראַסני בילעט").
עס האָט זיך געענדינט דער פּסח און אױיף מאָרגען אין דער פֿריה האָב איך געזאָלט אָפֿפֿאָהרען. איך האָב אלץ אױיסגענעמידעט צו פֿאָהרען מיט דער אײַזען-באַהן, װוייל אױיף די באַהנען זײַנען אומעטום געװוען זשאַנדאַרען. און אפֿשר האָבען זײי אַ באַפֿעל צו פֿאַרהאַלטען דעם קאַסאָקען „אוטשיטעל" פֿון װועליזש. דעריבער האָב איך באַשלאָסען צו פֿאָהרען אױיף אַ פֿאַרכאַד (דאַמפֿפֿער). אזא פֿאַרכאַד איז געגאַנגען איבער'ן דניעפֿער ביז קיעװו.
מיר האָט ניט געלאָזען צו רוה דער געדאַנק װועגען מיינע אלטערן. איך בין געװוען זיכער, אַז מען איז געקומען מיך זוכען בײַ זײי אין שטוב און אַז זײי זײַנען צושראָקען און אומרוהיג*.
513דיזער געדאַנק האָט מיר געדריקט װוי אַ שװוערע משא, און אום פֿון דער משא באַפֿרייט צו װוערען, האָב איך זײי געשיקט אַ בריף דורך אַ זשיטאַמירער יונגען מאַן, װועלכער האָט זיך אױיפֿגעהאַלטען אױיף דער הערזעלבער אכסניה (איך געדענק איהם מיט זײַן דאַרער פֿיגור און מיט זײַן װואהלינער אקצענט, און װועלכער האָט אַ ליטע אַ גרױיסע זעלטענהייט צו הערען. איך געדענק װוי מיר פֿלעגען לאַכען פֿון זײַן „קיק" און „װואָס". דיזער יונגער מאַן האָט געדאַרפֿט אױיף מאָרגען אָפֿפֿאָהרען קײן פּעטערסבורג; אלזאָ, האָב איך איהם דיקטירט אַ בריף, כלומרשט פֿון איהם צו מײַנע עלטערען, און איהם געבעטען, אז אױיפֿ'ן װועג זאָל ער איהם אריינװוארפֿען אין אַ בריף-קאַסטען).
דער בריף האָט ענטהאַלטען אונגעפֿעהר דאָס פֿאָלגענדע:
„איך בין אײַער זוהן'ס אַ גוטער פֿרײַנד, און איך האָב פֿון איהם ערהאַלטען אַ בריף פֿון פּאַריז. ער שרייבט מיר, אַז ער איז אהין אנגעקומען בשלום און אַז ער האָט אױיסגעצייכענטע אױיסזיכטען. ער װועט שטודירען אין דעם פּאַריזער אונױיװוערסיטעט. ער גריסט אײַך אלעמען און װוארעם און הערצליך, און פֿאַרזיכערט אײַך, אַז עס געהט איהם זעהר גוט. ער פֿיהלט זיך אױיסגעצייכענט און אין אַ קורצער צײַט ארום װועט איהר פֿון איהם ערהאַלטען פֿרעהליכע אײַנצעלהייטען".
דיזען ליגען האָב איך צוזאַמענגעשטעלט מיט'ן צװועק צו באַרוהיגען מײַנע עלטערן. דער יונגער מאַן האָט מיר פֿאַרזיכערט, אַז ער װועט דעם בריף אריינװוארפֿען אין אַ בריף-קאַסטען אױיף דעם דינאַבורגער װואקזאַל; און איך האָב געפֿיהלט אזױי װוי אַ שװוערער שטיין װואָלט זיך פֿון מיר אַראָפֿגעקײַקעלט.
דער לעצטער אװוענד, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין מאָהילעװו, האָט אױיף מיר איבערגעלאָזען אַן אײַנדרוק. איך בין צוגענואוינט געװוארען צו דער פֿאַמיליע און צו זײיער הױיז. איך האָב זיך געפֿיהלט אזױי װוי איך האָב געדאַרפֿט אױועקפֿאָהרען פֿון אײַגענע מענשען. איך האָב שױין כמעט געהאַט פֿאַרגעסען, אַז אין מײַן לעבען קומט פֿאַר אַ גרױיסע ענדערונג. װוי אין אַ חלום האָב איך די דריי װואָכען פֿאַרבראַכט. פּלוצלונג װוערט 514דער חלום איבערגעריסען. איך לאָז זיך אװועק אױיף אַ פֿיעל װוייטערע רייזע װוי די, װואָס איך האָב געהאַט אין זינען פֿאַרלאָזענדיג װועליזש. דורך פֿרעמדע לענדער אין אַ װוייטער, װוייטער, געהיימניספֿולער װועלט פֿאָהר איך. איך בין אָפֿגעשניטען פֿון מײַן גאַנצער פֿאַרגאַנגענהייט, אָפֿגעשניטען פֿון מײַנע נאָהענטע און טײַערע. װוער װוייס אױיב איך װועל זײי װוען עס זעהן?...
די מאַסקאַװוערס און אַ פֿאַר פֿון זײיערע אורחים און שכנים האָבען זיך יענעם אָװוענד צו מיר פֿאַרהאַלטען מיט אַ ספּעציעלער פֿריינדליכקייט. די מאַסקאַװוערס אלײן זײַנען אָבער הױיפּטזעכליך געװוען פֿאַרנומען מיט זײיער עליען, װוארים ער האָט זיך אױיך געקליבען אָפֿצופֿאָהרען אױיף מאָרגען אין דער פֿריה, און אױיך מיט אַ שיף, נאָר אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג; זײַן רייזע-ציעל איז געװוען נעװועל, דורך אָרשא און װויטעבסק; אלזאָ, איז ער געפֿאָהרען ארױיף-צו איבער'ן דניעפֿער, װועהרענד מײַן פֿאָרכאַד איז געגאַנגען ארונטערצו, מיט'ן שטראָם.
מיר איז אריינגעפֿאלען אַ געדאַנק: צופֿערטיגען אַ בריף צו מײַנע נעװועלער חברים און איהם אריינװוארפֿען אין עליע'ס קופֿערט, אײַדער מען װועט איהם פֿאַרשליסען. עליע האָט זיך געדאַרפֿט אָפֿשטעלען אין נעװועל און װויטעבסק. אײַדער ער װואָלט אָנגעקומען אין נעװועל, װואָלטען אװועק אַ דריי-פֿיער טעג. מײַן פּלאַן איז געװוען דעם בריף ארױיפֿצורוקען צום סאַמע דעק, מיט דער האָפֿנונג, אַז דער מאַסקאַװוער װועט זײַנע זאַכען ניט אױיספּאַקען ביז ער װועט שױין אָפֿזײַן אין נעװועל אַ פֿאַר טעג און אפֿשר מעהר. דאַן װואָלט איך שױין געװוען אין אױיסלאַנד.
פֿאַר'ן שלאָף האָב איך אױיפֿגעשריבען דעם בריװועלע. ער איז געװוען אדרעסירט צו מאַסקאַװוער'ן אלײן.
„איך לײיג דיזען בריװועלע אװועק אין אײַער קופֿערט אונטער די זאַכען" — האָב איך איהם געשריבען, אונגעפֿעהר, — „כדי איהר זאָלט איהם לעזען ערשט דאַן, װוען איהר װועט קומען אין נעװועל. בשעת מיר האָבען זיך באַגעגענט, האָב איך אײַך געלייקענט, װוער איך בין. אָבער איהר האָט מיך געהאַט רעכט. דערצעהלט מײַנע חברים, װואו איהר האָט מיך געזעהן, און זאָגט זײי, אַז איך בין שױין אין אױיסלאַנד.
515אױיף מאָרגען אין דער פֿריה איז אין שטוב געװוען אַ מהומה. מאַסקאַװוער'ס מוטער איז אומגענאַנגען, װוי אַ צוטומעלטע. זי און איהרע קינדער האָבען זיך ארומגעפֿאַדערט אַרום עליע'ן, אזױי װוי ער װואָלט פֿאָהרען ניט אַזױי אין דער נעקסטער גובערניע, נאָר אױיך אין אמעריקא. מען האָט געפּאַקט זײַן קופֿערט, געפּאַקט אײַן איבערגעפּאַקט. איך האָב זיך ארומגעדרעהט מיט מײַן בריף אין קעשענע, װוארטענדיג אױיף אַ מינוט, װוען זײי װועלען דעם קופֿערט לאָזען צורוה, און איך װועל מײַן קאָנטראַבאַנד קענען אריינשמוגלען.
דער געװוינשטער מאָמענט איז אָבער ניט געקומען. דער קופֿערט איז געבליבען אלײן ערשט דאַן, װוען עס איז שױין געװוען פֿאַרשלאָסען. דער בריף איז געבליבען בײַ מיר אין קעשענע.
עס האָט גענומען הילכען מיט „זײי געזונט! פֿאָהר געזונט!" אַ דאָפֿעלטע געזעגעניש איז דאָס געװוען — מיט עליע'ן און מיט מיר.
אין דער מישעגינע האָבען אנטײיל גענומען אלע געסט פֿון דער אכסניה און עטליכע שכנים. עליע איז געװוען דער העלד פֿון זײַן פֿאַמיליע, און איך — דער העלד פֿון אלע איבעריגע. אַ קלייניגקייט, אַ יונגערמאַן פֿאָהרט קײן אמעריקא! אין יענע צײַטען האָט דאָס געהאַט אַ באַדײַטונג, װועלכע מײַנע לעזער װועלען קױם פֿאַרשטעהן.
— זאָל אײַך גאָט העלפֿען! שרייבט װוי עס איז דאָרטען אין אמעריקא! אפֿשר װועלען מיר אױיך דאַרטען פֿאָהרען!
מיר זײַנען צוגעפֿאַהרען צו דעם האַפֿען. דאַרטען האָט זיך עליע געזעצט אױיף זײַן דאַמפֿ-שיף, און איך אױיף מיינער. דער נאָמען פֿון מיין שיף איז געװוען „מאַרוסיא".
(ענדע פֿון ערשטען באַנד).