בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

ערשטער קאַפּיטל

דער אָנהױב פֿון דער גרױסער אידישער עמיגראַציע

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 9–24 (גאַנצער ערשטער קאַפּיטל פֿון צװײטען באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 9 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אין ראַגאַטשאַװ. — מאַלאָרוסישע פּױערים. — אידען נעהמען מיך אױף אַ פֿאָרהער.

9מײַן רײַזע קײן אמעריקא האָט זיך, אַזױ, אָנגעהױבען אין מאָהילעװ אױפֿ'ן דניעפּר, גלײַך נאָך פּסח, אין 1882, אױף אַ דאַמפֿ-שיף מיט'ן נאָמען „מאַרוסיאַ".

אַלץ װאָס איך געדענק פֿון דעם ערשטען טאָג, װאָס איך האָב פֿאַרבראַכט אױף דיזער שיף, איז: אַז עס איז געװען קאַלט, אַז איך האָב זיך געטוליעט אין מײַן שאָקאָלאַד-קאָלירטען פּאַלטאָ און אַז עס האָט לאַנג געדױערט אײדער די פּאַסאַזשירען האָבען אױפֿגעהערט זיך צו פֿיהלען פֿרעמד אײַנער צום אַנדערען.

אױפֿ'ן װעג לינגט די שטאָדט ראַגאַטשאַװ, מאָהילעװער גובערניע. װען מיר זײַנען אָנגעקומען אַהין, איז אױפֿ'ן ראַמפּער אַרױפֿגעקומען פּאָליציי און געהײסען אַלעמען אַראָפּ געהן. איך האָב געזוכט אַ תּירוץ צו פֿאַרבלײַבען אױף דער שיף. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען. מען האָט אַרױסגעטריבען יעדען פּאַסאַזשיר פֿון יעדען װינקעלע. איך האָב געמוזט געהן איבער דער „קלאַדקע" („גענג-פּלענק") אױפֿ'ן ברעג.

בײַ דער זײַט פֿון דער „קלאַדקע" איז געשטאַנען אַ פּאָליציי-נאַדזיראַטעל, װעלכער האָט באַקוקט יעדען אַרונטערקומענדען פּאַסאַזשיר און איהם געהײסען װײַזען דעם פּאַס.

אפֿשר האָט ער אַ צעטעל פֿון מענשען װעמען מען זוכט, און איך בין אײַנער פֿון זײ? — האָב איך זיך געקלעהרט. האָב זיך געפֿיהלט כּמעט װי אַ קרבן פֿון אַ ים-גזלן, װעלכער 10טרײַבט זײן געפֿאַנגענעם איבער אַ קלאַדקע אין װאַסער אַרײַן. אום דער נאַדזיראַטעל זאָל ניט באַמערקען מײַנע אױגען, האָב איך זײ געפּרוּפֿט האַלטען אַראָפּגעלאָזען; כּלומר'שט אױפֿ'ן װאַסער געקוקט. אױב ער װעט פֿאָדערען אַז איך זאָל איהם קוקען אין די אױגען, װעלען מיר דאַן זעהן.

עס האָט מיר אָפּגעגליקט. דער פּאָליציי-נאַדזיראַטעל איז געװען פֿאַרנומען מיט די, װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַר מיר; און ער האָט מיר פּשוט פֿאַרנאַכלעסיגט. ער האָט מיך ניט אָפּגעשטעלט.

פּונקט אַנטקעגען, בײַם טײַך, אױף אַ בערגעל, איז געשטאַנען אַ שענק; האָב איך זיך געלאָזען אַהין. װען איך בין אַרײַן אין שענק, איז גלײַך נאָך מיר אַרײַן אַ פּאָליציײַסקער, און ער האָט מיר געהײסען װײַזען מײַנע פּאַפּירען. װען איך האָב איהם דערלאַנגט מײַן פּאַס, האָט ער איהם אָנגענומען מיט'ן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרױף. ער האָט זיך געמאַכט, אַז ער קען לײַענען, און ער האָט מיך צו-רוה געלאָזען.

מיר זײַנען געפֿאָהרען װײַטער. עס איז אַריבער מעהר װי אַ מעת-לעת.

ביסלעכװײַז האָב איך גענומען פֿיהלען, אַז איך געפֿין זיך אין מאַלאָראָסיע (אוקראַינע). עס האָבען זיך באַװיזען גרופּען פּױערים אין הױכע באַראַשקענע היטלען. אַזעלכע היטלען האָב איך פֿריהער נאָר געזעהן אױף בילדער. זײ האָבען גערעדט צװישען זיך מאַלאָרוסיש, אַ שפּראַך װעלכע איך האָב פֿריהער באַגעגענט נאָר װערטערװײַז, אין דער רוסישער ליטעראַטור, אָדער אין געזונגענע לידער. מײסטע פֿון זײ זײַנען געװען שכּור און זײ האָבען זיך געהאַלטען װי שכּור'ע פּױערים פֿון מײַן געבורטס-פּלאַץ. אַ פּאָר פֿון זײ זײַנען פּשוט געפֿאַלען און געלעגען אין שמוץ אױסגעצױגען אױף דער „פּאַלאָבע" װי טױטע.

אַרום ניעזשין האָבען זיך גענומען באַװײַזען נײַע אידען. אײַנער פֿון זײ איז געװען אַ רב, אָדער עפּעס אַנאַנדער „כּלי-קודש". ער האָט געטראָגען אַ שװאַרצען, גלאַנציגען, ניט קײן הױכען, צילינדער-קאַפּעלוש, און ער האָט געהאַט אַ פֿאָר שװאַרצע 11נעגרײזעלטע פּאות. ער האָט גערעדט מיט אַ װאָהלינער אַקצענט, װעלכער האָט מיר געגרילצט אין די אױערען. עפּעס האָט ער אױף מיר געװאָרפֿען אַן אױגעל און האָט זיך צו מיר געטשעפּעט מיט פֿראַגען —

— װאוהין פֿאָהרט איהר?

— קײן בערדיטשעװ, — האָב איך געענטפֿערט.

— װאָס װעט איהר טאָן אין בערדיטשעװ?

— איך פֿאָהר דאָרטען װעגען אַ צוקער-געשעפֿט.

— װאָס פֿאַר אַ צוקער-געשעפֿט?

— איך װעל פֿאַרקױפֿען צוקער דאָרטען.

— װאָס? פֿון דער ליטע װעט איהר פֿאָהרען פֿאַרקױפֿען צוקער אין בערדיטשעװ? אין בערדיטשעװ איז דאָך צוקער אַ סך ביליגער װי בײַ אײַך.

דאָס אַלץ האָט ער געזאָגט מיט אַ גיפֿטיגען שמײכעלע. װען איך װאָלט געקענט, װאָלט איך איהם אַרײַנגעװאָרפֿען אין דניעפּר.

— נו, װעל איך דאָרטען קױפֿען צוקער, — האָב איך געפּרוּפֿט מאַכען שפּאַס.

צו מיר האָט זיך אױך צוגעטשעפּעט אַ הױכער יונגער מאַן, אַ בלאָנדער, װעלכער איז געפֿאָהרען פֿון מאָהילעװ קײן קיעװ (אַזױ האָט ער געזאָגט). ער האָט געשטיפֿט מיט אַלעמען און ניט אױפֿגעהערט צו דערצעהלען װעגען אַ שטעלע װאָס ער האָט בײַ דעם קיעװער מיליאָנער, טאַראַשטשענקאָ. ער האָט מיר אױך געפֿרעגט װאוהין איך פֿאָהר. װי אַזױ איך האָב איהם געפּרוּפֿט פֿאַררײַדען די צײַהן, געדענק איך ניט.

2
די שיף קומט קײן קיעװ. — בײַם האַפֿען. — אָפּקלאַנגען פֿון קיעװער פּאָגראָם. — איך פֿאַרשפּעטיג אַ צוג. — מען גיט מיר צו פֿיהלען, אַז איך בין אַ ליטװאַק.

די גאַנצע רײַזע האָט געדױערט צװײ טעג מיט אײן נאַכט. אין קיעװ זײַנען מיר אָנגעקומען בײַנאַכט. איך זעה 12איצט פֿאַר די אױגען װי עס בלישטשען און פֿינקלען טױזענדער פֿלאַמען. אַ צױבער שטאָדט. בײַ דעם פּריסטאַן (האַפֿען) איז געשטאַנען אַ זשאַנדאַרמסקער אָפֿיצער, װעלכער האָט געקוקט יעדען פּאַסאַזשיר גלײַך אין פּנים אַרײַן. װידער דערמאָן איך זיך אָן מײַנע צרה'דיגע אױגען! אױב עס איז פֿאַראַן װעגען מיר אַ שריפֿט, װעט ער מיך דורך זײ דערקענען...

איך בין געפֿאַלען אױף אַזאַ פּלאַן: אײַנער פֿון מײַנע מיטרײַזענדע, אַ מאָהילעװער איד, אַ הױכער, מיט אַ ברױנע בערדעל, האָט געהאַט צװײ קופֿערטלעך; האָב איך איהם אָנגעבאָטען צו העלפֿען אַראָפּטראָגען אײַנעם פֿון זײ. מײַן כּונה דערבײַ איז געװען, אַז, האַלטענדיג דעם קופֿערטעל אױף דער פּלײצע, װעל איך פֿאַרשטעלען אײַנע פֿון מײַנע אױגען, און דער אָפֿיצער זעהן נאָר אײַנע, און אױף אײַן אױג איז מען ניט „קאָסאָקע".

דער אָפֿיצער האָט מיר אַרײַנגעקוקט אין דער פֿרײַער אױג, און — צי ער האָט געהאַט אַ באַריכט װעגען מיר צי ניט — ער האָט מיר געלאָזען געהן.

איך בין די קלאַדקע אַריבער פֿריהער װי דער אײַגענטימער פֿון דעם קופֿערטעל, און ער האָט ניט געװאוּסט װאו איך בין אַהינגעקומען. װען איך בין שױן געװען אױפֿ'ן ברעג, הער איך װי ער שרײַט אױפֿ'ן קול: „סרוגלאַנסקי! קרוגלאַנסקי!" ער האָט געמײנט, אַז איך האָב זיך אָפּגעטראָגען מיט זײַן באַגאַזש.

געהן אָבער צוריק און װידער פֿאַרבײַגעהן דעם אָפֿיצער האָט זיך מיר ניט געלױנט; האָב איך געװאַרט ביז מײַן אונרוהיגער מיטרײַזענדער איז אַריבערגעקומען אױפֿ'ן ברעג מיט זײַן צװײַטען קופֿערט. ער איז געװען זעהר צוטראָגען, און האָט אַלץ געשריען: „קרוגלאַנסקי!"

— שאַ, שרײַט ניט! אָט איז אײַער קופֿערטעל, — האָב איך איהם אײַנגעשטילט.

אױבען אױפֿ'ן באַרג, איבער'ן טײַך, איז געשטאַנען אַ האָטעל; זײַנען מיר אַהין אַרײַן אױף נאַכט-לעגער. מיר בײַדע 13און עפּעס אַ דריטער איד. באַלד איז צו אונז אַרײַנגעקומען צײַטלין, דער בעל-הבית, און אונז ערקלעהרט, אַז איבער נאַכט קען מען בײַ איהם בלײַבען, אָבער ניט לענגער, װײַל אידען טאָרען אין קיעװ ניט װאוינען און איצט איז נאָך שטרענגער װי אימער.

אין קיעװ איז מיט אַ געװיסער צײַט צוריק געװען דער פּאָגראָם און פֿילע אידען האָבען זיך דאָרטען געקליבען צו פֿאָהרען אין אמעריקא. אָט װעגען דעם און די נײַע שטרענג-קײטען צו אידען האָט מיט אונז געשמועסט צײַטלין. איך געדענק װי מײַנע מיטרײַזענדע האָבען צו איהם גערעדט מיט אונטערטעניגקײט, װי אָרימע מענשען רעדען צו אַ רײַכען; און װי צײַטלין האָט געענטפֿערט אױף זײיערע פֿראַגען מיט דעם זעלבסטבאַװאוּסטזײַן פֿון אַ מענשען װאָס געהערט צו אַ העכערען כּלל.

דאָס איז געװען דאָנערשטאָג אָװענד. איך געדענק דאָס, װאָרים מאָרגען האָב איך זיך געאײַלט אַװעקצופֿאָהרען פֿון קיעװ, כּדי איך זאָל דאָרטען ניט מוזען פֿאַרבלײַבען איבער שבת. פֿאָהרען אום שבת האָב איך ניט געקענט, צוליב דער ראָלע װאָס איך האָב געשפּילט אַלס אַן אַלט-מאָדישער אידישער יונגערמאַן מיט פּאות'ן. אױף מאָרגען (פֿרײַטאָג) אין דערפֿריה האָב איך אױסגערעכענט, אַז נאָך האַלבען טאָג, אײדער עס װעט װערען שבת, קען איך קומען קײן פּאַסטאָװ, װאו אידען האָבען געמעגט װאוינען.

צו דעם אָנפֿאַנג פֿון צוג איז מיר געבליבען בײַ דרײַ שטונדען צײַט. איך האָב זיך אַװעקגעלאָזט באַקוקען די שטאָדט. געהענדיג איבער אַ גאַס, װאָס האָט זיך געצױגען אַרױף באַרג, האָב איך זיך אָנגעטראָפֿען מיט אַ יונגען מאַן, אַ הױכליכען, מיט אַ בלאָנדע בערדעל. איך האָב זיך צו איהם געװענדעט מיט עפּעס אַ פֿראַגע; ער האָט מיר געענטפֿערט, און אַזױ שמועסענדיג, זײַנען מיר געגאַנגען צוזאַמען. איך געדענק זײַן שטימע און זײַן װאָהלינער אַקצענט, װי ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער איז אַ „טיטון שנײַדער" (טוטון-שנײַדער).

14ער האָט מיר דערצעהלט, אַז אַ סך אידישע פֿאַמיליעס קלײַבען זיך קײן אמעריקא.

מיר זײַנען צוגעקומען צו אַ פּלאַץ, װאו אידישע פֿרױען זײַנען געשטאַנען בײַ אָפּגעניצטע מעבעל און אַלערלײ אַנדערע בעבעכעס. מײַן באַגלײַטער האָט מיר ערקלעהרט, אַז פֿילע פֿון זײ זײַנען קרבנות פֿון דעם קיעװער פּאָגראָם; אַז זײ פֿאַרקױפֿען זײיערע זאַכען, כּדי איצט צו פֿאָהרען קײן אמעריקא. עטליכע צעהנדליג אַזעלכע פֿרױען זײַנען דאָרטען געװען, עטליכע מענער אױך; אָבער הױפּטזעכליך פֿרױען.

די סצענע איז אײַנע פֿון די שטאַרקסטע, װאָס זײַנען אין מײַן זכרון געבליבען פֿון מײַן רײַזע קײן אמעריקא.

װען איך האָב זיך געכאַפּט, אַז עס איז געבליבען װײניג צײַט צו דעם אָפֿגאַנג פֿון דעם צוג, האָב איך אָפּגעשטעלט אַ יונגען אידישען איזװאָשטשיק און איהם געפֿרעגט צי ער װעט פּאַספּיִען מיך צו ברענגען צום װאָקזאַל.

— עס װעט דאָך ניט געדאַװערען, — האָט ער מיר געענטפֿערט.

איך געדענק זײַן שטימע, זײַן אױסשפּראַכע און זײַן נגון'דעל דערבײַ. אַז אָנשטאָט „געדױיערען" זאָל מען זאָגען „געדאַװערען" — דאָס איז פֿאַר מיר געװען אַ קאָמישע נײַעס. אָבער ניט דאָס איז געװען די אורזאַכע, פֿאַרװאָס דער איזװאָשטשיק האָט אױף מיר איבערגעלאָזען אַן אײַנדרוק.

װען מיר זײַנען צוגעפֿאָהרען צום װאָקזאַל, איז שױן דער צוג געװען אָפּגעגאַנגען. מיר האָבען פֿאַרשפּעטיגט אױף אַ פֿערטעל שעה. דער איזװאָשטשיק האָט געװאוּסט, אַז עס װעט יאָ „געדאַװערען".

איך האָב זיך מיט איהם גענומען קריגען, פֿאַרװאָס ער האָט מיך אָפּגענאַרט; אָבער ער האָט נאָך געהאַט טענות צו מיר, און צופֿיל ליאַרם מאַכען האָב איך ניט געװאָלט.

אַ איד האָט מיר אָנגעװיזען, אַז גלײַך דערבײַ, לעבען װאָקזאַל, געפֿינט זיך אַ פֿאָרשטעדטעל מיט'ן נאָמען סאָלאָמינקאַ, װאו אידען מעגען װאוינען; האָב איך זיך באַשלאָסען דאָרטען 15צו האַלטען שבת. איך האָב דאָרטען געפֿונען אַ אידישע אַכסניה, און איך האָב זיך אָפּגעשטעלט.

שבת האָבען די געסט אַ גאַנצען נאָכמיטאָג געקנאַקט „סעמעטשקעס". דאָס איז ניט קײן ליטװישע אכילה. די סעמעטשקעס זײַנען אין מײַן געדאַנק צוזאַמענגעבונדען מיט דער אױסשפּראַך און הױפּטזעכליך מיט דעם נגון פֿון דעם װאָהלינער אידיש. די דאָזיגע קלײניגקײטען האָבען פֿיל פֿאַרגרעסערט דעם געפֿיהל פֿון אײַנזאַמקײט אין מײַן האַרצען. אגב, האָבען די װאָהלינער אידען געמאַכט שפּאַס פֿון מײַן ליטװישען אידיש. זײ האָבען מיר איבערגעקרימט, געמאַכט חוזק פֿון מיר און פֿון גאַנץ ליטע.

צום ערשטען מאָל אױף מײַן לעבען האָט מען מיר געלאָזט פֿיהלען אַז איך בין אַ ליטװאַק, און אַז „ליטװאַק" איז אַ זידעל-װאָרט.

איך בין אױך ניט הינטערשטעליג געבליבען; אָבער איך בין געװען אײַנער געגען עטליכע און אין אַ פֿרעמדען לאַגער. מעהר פֿון אַלע האָט זיך מיר אײַנגעגעסען אין די בײַנער אַ רױטער איד פֿון דובנאַ. דער נאָמען פֿון זײַן שטעדטעל איז אונז, װילנער, גוט באַקאַנט געװען; װאָרים װילנא האָט אין יענע יאָהרען גראד געהאַט אַ שטאָדט-מגיד פֿון דובנאַ, שױן ניט רעדענדיג װעגען דעם, אַז די שטעדטעל איז אַלעמען באַקאַנט דורך דעם באַריהמטען דובנער מגיד.

מיר האָבען דאָס אָבער גערופֿען „דובנע" און ניט „דיבנע", װי ער. דאָס װאָס דיזער איד רופֿט אָן זײַן אײַגענע שטעדטעל מיט אַ „צודרעהטע" אױסשפּראַך, האָט אױף מיר געמאַכט אַ אומאַנגענעהמען אײַנדרוק. צו אַלע צרות האָט ער נאָך גערעדט אונטער'ן נאָז. און דאָך, טראָץ דעם אַלעם, טראָץ אַלע נאָכקרימענישען און בלוט-פֿאַרגיסונגען, װאָס איך האָב פֿון איהם געהאַט אױסצושטעהן, איז בײַ מיר געבליבען אַן אײַנדרוק, אַז ער איז אַ סימפּאַטישער מענש.

3
אַ שבת-צו-נאַכט, װאָס פֿאַרגעסט זיך ניט. — עמיגראַציע — פֿריהער און אין 1882. — אַ היסטאָרישער צוג.

16דער צוג צום גרענעץ האָט געדאַרפֿט אָפּגעהן שבת-צו-נאַכט. אַלײן קױפֿען אַ בילעט האָב איך ניט געװאָלט, װאָרים בײַ דער קאַסע פֿלעגט אױף יעדען װאָקזאַל שטעהן אַ זשאַנדאַר, און טאָמער באַמערקט ער מײַנע אױגען און ער האָט געלעזען אַ מעלדונג װעגען מיר? איך האָב געבעטען דעם בעל-הבית'ס טאָכטער און זי האָט מיר געקױפֿט דעם בילעט.

איך בין אַרײַן אין װאַגאָן, פֿאַרנומען אַ פּלאַץ בײַ אַ פֿענסטער, געזעסען און געקוקט אױף די אַנדערע פּאַסאַזשירען. דאָס װאָס איך האָב דאָ געזעהען, קען מען הײַנט אָנרופֿען אַ היסטאָרישע סצענע. נאָר דאָ פֿאָדערען זיך צוערשט עטליכע הקדמה-באַמערקונגען.

אין פֿריהערדינע צײַטען זײַנען פֿון רוסלאַנד געפֿאָהרען גאַנץ װײניג אידען קײן אמעריקא, און דאָס ביסעלע װאָס איז יאָ געפֿאָהרען איז געװען פֿון ליטא און פּױלען — די אָרימסטע געגענדען. פֿון מײַן שטאָדט, צום בײַשפּיל, האָבען אין די זיבעציגער יאָהרען קײן אמעריקא עמיגרירט נאָר עטליכע פֿאַמיליען און די שטאָדט האָט מיט זײ געקלונגען. פֿון קאָװנא, װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון אונז, איז די אױסװאַנדערונג געװען גרעסער, הױפּטזעכליך פֿון אַלעקסאָט, אַ פֿאָרשטאָדט, װאָס לינגט אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דעם טײַך ניעמאַן. אַלעקסאָט האָט געהערט ניט צו קאָװנער גובערניע נאָר צו סואַװאַלסקער. און פֿון סואַװאַלסקער גובערניע זײַנען געפֿאָהרען מעהר אידען װי פֿון אַנדערע גובערניעס, אַ חוץ „גרױס-פּױלישע" — דאָס הײסט די װאָס געפֿינען זיך לעבען דעם דײַטשען גרענעץ, װאָרים פֿון יענעם געגענד איז מען אױך געפֿאָהרען קײן אמעריקא.

און אַפֿילו פֿון סואַװאַלסקער גובערניע און פֿון גרױס-פּױלישען איז מען אױך געפֿאָהרען אין קלײנע צאָהלען. מײסטענס אײַנציגװײַז, אײַנער פֿון דאַנען, אײַנער פֿון דאַנען.

17פֿון מאַלאָראַסיא, בעסאַראַביע — פֿון דעם גאַנצען דרום פֿון רוסלאַנד, װאו דעם אידען האָט זיך געלעבט בעסער, האָט זיך װעגען עמיגרירען קײנעם ניט גע'חלום'ט. איצט אָבער, אַלס רעזולטאַט פֿון די פּאָגראָמען, האָט זיך דוקא אין יענע געגענדען אָנגעהױבען אַ גרױסע עמיגראַציאַנס-כּוואַליע. און מען איז פֿון דאָרטען געפֿאָהרען ניט אײַנציגװײַז, און ניט קלײנע גרופּענװײַז, נאָר צו הונדערט און צו טױזענד מיט אַמאָל; און ניט פֿון אײַנציגע שטעדט אָדער שטעדטלעך, נאָר פֿון אומעטום.

די מאַסען נײַע עמיגראַנטען האָבען זײיערע הײמען פֿאַרלאָזען, אום צו זוכען אַ נײַע הײם ניט נאָר פֿאַר זיך אַלײן, נאָר פֿאַר דעם גאַנצען אידישען פֿאָלק, הגם די מאַיאָריטעט פֿון די װאַנדערער האָט דיזען צװעק אין זינען ניט געהאַט. יעדער האָט געמײנט צו פֿאַרבעסערען זײַן אײַגענע לאַגע; צי ער איז געפֿאָהרען װײַל ער איז אױך רואינירט געװאָרען אין אַ פּאָגראָם, צי װײַל איהם איז אַזױ אױך ניט געגאַנגען גוט, צי װײַל ער האָט זיך סתּם אָנגעשטעקט מיט דעם נײַעם גײַסט — ער האָט זיך אַװעקגעלאָזען זוכען אַ בעסערען מזל אין דער װײַטער מדינה. װעגען פֿאָלק בכלל האָבען געטראַכט אינטעליגענטע אידעאַליסטען — די „אַמעריקאַנצעס", װעלכע האָבען אָרגאַניזירט פּאַרטײַען צו דיזען צװעק. אָבער די גאַנצע עמיגראַציע, אין אַלגעמײן גענומען, איז אַרױסגערופֿען געװאָרען פֿון אורזאַכען, װעלכע האָבען יעדען אידען באַװיזען, אַז ניט נאָר ער אַלײן, נאָר דאָס גאַנצע אידישע פֿאָלק דאַרף זוכען אַ נײַע הײם. עמיגרירענדיג, האָט יעדער איד דעריבער געהאַט אַ באַװאוּסטזײַן, אַז זײַן רײַזע איז ניט נאָר אַ פּערזענליכע רײַזע, נאָר אַ טײל פֿון אַ גרױסער מאַסען-אױסװאַנדערונג, װעלכע איז אַ היסטאָרישע פּאַסירונג אין דעם לעבען פֿון דעם אידישען פֿאָלק. דער אונװיסענדסטער עמיגראַנט האָט דאָס געװאוּסט.

נאָך אַ זאַך: אין דער אידעאַליסטישער זײַט פֿון דער באַװעגונג זײַנען אַרײַנגעצױגען געװאָרען גאַנץ פּשוט'ע אידען אױך. זײ זײַנען באַגײַסטערט געװאָרען צוגלײַך מיט די 18אינטעליגענטען. גאַנץ געװעהנליכע אידען, בעל מלאכה'ס און הענדלער, װעמען עס האָט זיך אין רוסלאַנד געלעבט ניט שלעכט, האָבען אַלץ פֿאַרקױפֿט און אַרײַנגעטראָטען אין די פּאַרטיעם, װעלכע זײַנען געפֿאָהרען גרינדען אַ נײַעם אידישען לעבען אין אמעריקא. מיט אַ רעליגיעזער באַגײַסטערונג האָבען זײ דאָס געטאָן; און דערבײַ זײַנען געװען פֿילע בײַשפּילען פֿון זעלבסט-אָפּפֿערונג, פֿילע גאָלדענע מאָמענטען זײַנען אין יענע טעג פֿאַרצײַכענט געװאָרען.

דאָס איז געװען דער אָנהױב פֿון דער אידישער עמיגראַציע פֿון דרום רוסלאַנד און דאָס איז געװען דער אָנהױב פֿון דער גרױסער אידישער עמיגראַציע קײן אמעריקא פֿון אומעטום. װאָרים קױם האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ גרױסע אױסװאַנדערונג אין דרום-רוסלאַנד, האָט איהר װירקונג זיך גענומען פֿיהלען אין ליטע, אין פּױלען און אַפֿילו אין גאַליציען, װאו דער אַנטיסעמיטיזם האָט דאַן קײן באַדײַטונג ניט געהאַט. יעדער אידישער אָרימאַן האָט גערױמט װעגען אמעריקא.

עס איז אַזױ אױסגעקומען, אַז דער צוג, אױף װעלכען איך האָב זיך געזעצט, איז געװען דער גרעסטער עמיגראַנטען-צוג, װאָס איז װען עס איז אָפּגעגאַנגען פֿון קיעװ. גרופּעס עמיגראַנטען זײַנען פֿון דאָרטען, פֿון אָדעס און פֿון אַנדערע ערטער אַװעק נאָך פֿריהער. אָבער יענע גרופּעס זײַנען געװען אַ סך קלענער. די גרױסע מאַסע װאָס האָט זיך געקליבען אין װעג, האָט געװאָרט אױף נאָך פּסח, אױף דעם אָנהױב פֿון װאַרימערע טעג; און דער שבת-צו-נאַכט, װעגען װעלכען איך רײד דאָ, איז געװען דער ערשטער שבת-צו-נאַכט נאָך פּסח (דער לעצטער טאָג פּסח איז געװען דינסטאָג; האָט מען שױן געװאָרט ביז ענדע װאָך). צו דערזעלבער צײַט איז אָפּגעגאַנגען אַ גרױסער עמיגראַנטען-צוג פֿון אָדעס, און אױפֿ'ן װעג האָבען אױף פֿילע סטאַנציעס פֿון די דאָזיגע אײַזענבאַהן-ליניען געװאָרט אַנדערע אידען צו פֿאָהרען מיט דיזעלבע צוגען.

יענעם שבת-צו-נאַכט קען מען באַצײכענען אַלס דעם אָװענד, װען עס האָט זיך אָנגעהױבען די גרױסע אידישע עמיגראַציע 19קײן אמעריקא. אין דעם דאָזיגען שבת-צו-נאַכט האָט זיך אָנגעהױבען אַ ברײַטער שטראָם, װעלכער האָט זיך געצױגען כּמעט צװײ דורות, געמאַכט אמעריקא פֿאַר אַ גרױסען צענטער פֿון אידישער באַפֿעלקערונג און געהאַט אַ װירקונג אױפֿ'ן לעבען פֿון'ם גאַנצען אידישען פֿאָלק.

אין דעם באַטרעפֿענדען יאָהר (1882) איז די צאָהל אידען אין די פֿאַראײַניגטע שטאַטען געװען װײיניגער װי הונדערט טױזענד. װען דיזע שורות װערען געשריבען, מיט עטליכע און פֿערציג יאָהר שפּעטער, האַלט זי שױן נאָהענט צו פֿיר מיליאָן.

װען איך בין אַרײַן אין װאַגאָן, איז נאָך געװען בײַ צװאַנציג מינוט פֿאַר דעם צוג'ס אָפּגאַנג. דער װאַגאָן איז שױן אָבער געװען פֿול — פֿול מיט אידען, װאָס זײַנען געפֿאָהרען קײן אמעריקא, און מיט זײיערע פֿרײַנד. מען האָט זיך געזעגענט. קײן „גובערנאַטאָרשען פּאַס" אױף אַריבערצופֿאָהרען דעם גרענעץ האָט קײנער ניט געהאַט. פֿונדעסטװעגען האָבען אַלע אָפֿען גערעדט װעגען דער רײַזע אַלס אַ רײַזע קײן אמעריקא.

פֿילע פֿון די פּאַסאַזשירען זײַנען געװען קרבנות פֿון דעם פּאָגראָם, און אַנדערע האָבען פֿון איהם געליטען אינדירעקט. װידער אַנדערע האָבען זיך באַשלאָסען אױסצוװאַנדערען אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון דער אַלגעמײנער עמיגראַציאַנס-שטימונג, װאָס די פּאָגראָמען האָבען געשאַפֿען.

פּונקט אַנטקעגען מיר איז געשטאַנען אַ קאָמפּאַניע יונגע אידען, װעלכע האָבען באַגלײַט אַ שעהנעם יונגען מאַן מיט אַ בלאָנדער באָרד. זײ האָבען געהאַט אַ פּלאַש װײן און זײ האָבען געטרונקען און געזונגען. איך געדענק דעם נגון. אַזעלכע זאַכען פֿאַרגעסט מען ניט.

לעבען מיר איז געזעסען אַ בחור'ל פֿון אַ יאָהר זעכצעהן, מיט אַ פּנים פֿון אַ גימנאַזיסט, אָבער מיט אַ היטעל פֿון אַ בעל-מלאכה, און די היטעל איז געװען צו קלײן אױף איהם. דערבײַ איז געשטאַנען זײַן פֿאָטער, אַ איד מיט שװאַרצע האָר, מיט רױטע באַקען מיט אַן אָנגענעהמען שמײכעל און מיט דעם 20אַלגעמײנעם אױסזעהען פֿון אַ סוחר. דער פֿאָטער האָט מיך באַקוקט און געזאָגט צו מיר:

— איהר פֿאָהרט דאָך אודאי אױך אין אמעריקא. מײַן זוהן פֿאָהרט אױך. איך בעט אײַך גיט אױף איהם אַכטונג אױפֿ'ן װעג. — און אַראָפּלאָזענדיג זײַן קול נאָך נידעריגער, האָט ער צוגעלײינט: — ער איז אַ גימנאַזיסט; איהר זײַט דאָך מסתּמא אַ סטודענט. איך בעט אײַך, גיט אױף איהם אַכטונג.

דאָס, װאָס טראָץ מײַן היטעל און מײַנע פּאות, האָט ער געטראָפֿען, אַז איך בין „מסתּמא אַ סטודענט", איז פֿאַר מיר געװען אַן אונאַנגענעהמע איבעראַשונג.

דער פֿאַמיליען-נאָמען פֿון דעם יונגען מאַן און זײַן פֿאָטער איז געװען בראָוידאַ. איך האָב דעם פֿאָטער צוגעזאָגט אױף זײַן זוהן אַכטונג צו געבען. קײן אַנדערע אײַנצעלהײיטען פֿון דער סצענע אײדער דער װאַגאָן האָט זיך געריהרט פֿון אָרט, געדענק איך ניט. אין מײַן זכרון איז נאָר פֿאַרבליבען אַן אַלגעמײנער אײַנדרוק פֿון אַ געװודער, אי אַ פֿרעהליכען, אי אַ אומעטיגען. געזאַנג און געזעגענישען, געװײין און געלעכטער. דער צוג איז געװען אַ לאַנגער און איך האָב געװאוּסט, אַז אין יעדען װאַגאָן קומען פֿאָר אַזעלכע סצענעס.

4
דורך בערדיטשעװ. — מיר גנב'ענען דעם גרענעץ.

מיר זײַנען דורכגעפֿאָהרען דורך פּאַסטאָװ, און אױף מאָרגען זײַנען מיר אָנגעקומען קײן בערדיטשעװ. אין אונזער צוג האָט זיך באַװיזען אַ גאַנצע קאָמפּאַניע אינטעליגענטע יונגע לײַט און פֿרױען. זײ זײַנען אַרײַן מיט אַ פֿרעהליכען געפּילדער, רײדענדיג רוסיש. זײ זײַנען אַלע געפֿאָהרען קײן אמעריקא. איך האָב זיך באַלד דערװאוּסט, אַז דאָס איז די בערדיטשעװער אָפּטײַלונג פֿון דער פּאַרטי „עם-עולם", װעלכע האָט זיך געגרינדעט אין אָדעס, קיעװ און עטליכע אַנדערע שטעדט, מיט דעם צװעק צו עמיגרירען אין דער נײַער װעלט. פֿון אָדעס איז אַזאַ פּאַרטי אַװעקגעפֿאָהרען נאָך מיט עטליכע מאָנאַט 21פֿריהער. און איצט האָט זיך געקליבען אין װעג דער „קיעװער עם-עולם" און אַ צװײיטער אָדעסער אָפּטײַלונג. צום „קיעװער עם-עולם" זײַנען צוגעשטאַנען אױך אָרגאַניזאַציאַס פֿון אַנדערע ערטער.

דיזע רוסיש-רײדענדע בערדיטשעװער יונגע לײַט זײַנען, אַזױ, געפֿאָהרען אַלס מיטגלידער פֿון דעם קיעװער „עם-עולם". די קיעװער „עם-עולם'ניקעס" גופֿא האָבען זיך געגרײַט אַרױסצופֿאָהרען מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער.

איך בין געזעסען אין מײַן װאַגאָן, באַקוקט די אינטעליגענטע יונגע לײַט און זיך צוגעהערט צו זײיערע פֿרעהליכע געשפּרעכען. ניט דערזעלבער סאָרט מענשען װי די אינטעליגענטע אידען אין אונזערע געגענדען; זײ האָבען זיך געהאַלטען אַנדערש און זײיער רוסישע אױסשפּראַך האָט אױך געקלונגען אַביסעל אַנדערש װי אונזערע, אָבער דאָך מענשען פֿון מײַן קלאַס.

אײַנער פֿון דער גרופּע איז געװען אַ שילער פֿון דעם זשיטאָמירער לעהרער-אינסטיטוט. מיט איהם האָב איך זיך ספּעציעל אינטערעסירט; װאָרים אין גאַנץ רוסלאַנד זײַנען נאָר געװען צװײי לעהרער-אינסטיטוטען פֿאַר אידען: אײַנער אין װילנא און דער צװײיטער אין זשיטאָמיר. אַלזאָ, האָב איך דיזען אינסטיטוטשיק באַטראַכט װי אַ קרוב, װעלכען מען זעהט צום ערשטען מאָל. זײַן „פֿאַרמע" איז אַביסעל געװען אַנדערש װי אונזערע.

צװישען די בערדיטשעװער איז געװען אַ הױכער שלאַנקער יונגער מאַן, װעלכער האָט געטראָגען שטיװעל מיט הױכע, גלאַנצינגע כאָליאַװעס. ער איז אַרומגעגאַנגען איבער'ן װאַקזאַל, װאַרפֿענדיג מיט די לאַנגע באַשטיװעלטע פֿיס און רײדענדיג לוסטיג צו זײַנע לאַנדסלײַט.

מען האָט געדאַרפֿט נעהמען נײַע בילעטען און איך האָב געװאָלט קױפֿען אַ בילעט ביז'ן סאַמע גרענעץ; אָבער אַ פּאָר פֿון די פּאַסאַזשירען האָבען געזאָגט, אַז מען דאַרף ניט: מען מאַכט אָפּ מיט'ן קאָנדוקטאָר. און װירקליך: באַלד איז 22אַרײַנגעקומען אַ קאָנדוקטאָר (אַ קריסט, נאַטירליך) און ער האָט געזאָגט אַ העברעאישען װאָרט, „שלשה", אָדער „שנים". איך געדענק ניט גענױ װיפֿיל. אַזױ װי איך האָב באַדאַרפֿט זײַן פֿאָרזיכטיג, ביז איך װעל אַריבערגעהן דעם גרענעץ, װאָלט זיך פֿאַר מיר בעסער געלױנט צו קױפֿען אַ בילעט און באַצאָהלען דעם פֿולען פּרײַז. אָבער אָפּשטעהן פֿון חברה קען מען ניט; האָב איך באַצאָהלט די „שנים" אָדער די „שלשה", און מיר זײַנען געפֿאָהרען װײַטער.

מיר זײַנען דערפֿאָהרען צו אַ סטאַנציע מיט'ן נאָמען זדאָלבונאָװאַ. דאָרטען האָט מען באַדאַרפֿט בײַטען דעם צוג. עס איז אױסגעקומען צו װאַרטען אַ פּאָר שטונדען. עס איז געװען אַ פֿײַנער טאָג אין מאָנאַט מאַי. די זון האָט געשײַנט און געװאַרימט. די עמיגראַנטען האָבען זיך אַרומגעשפּאַצירט.

איך בין אַרומגעגאַנגען מיט מײַן יונגען נײַעם פֿרײַנד בראָוידאַ. ענדליך איז אונזער צוג אָנגעקומען און מיר זײַנען װײַטער געפֿאָהרען.

גלײַך װי מיר האָבען זיך אױסגעזעצט אױף די בענק, האָבען זיך באַװיזען קאָנטראַבאַנדשטשיקעס. זײ האָבען אונז פֿאָרגעשלאָגען צו גנב'ענען דעם גרענעץ. אײַנער פֿון זײ איז געװען אַ איד מיט אַ טונקעל רױטער בערדעל, מיט אַ הײזעריגער שטימע; עטליכע פּאַסאַזשירען, װאָס זײַנען געזעסען אַרום מיר, האָבען זיך אָפּגעקערט פֿון איהם. זײ האָבען איהם ניט געטרױט. איך אָבער האָב איהם פֿאַנאַנדערגעפֿרעגט, און איך האָב זיך איבערצײַגט, אַז ער מײנט ניט קײן אַנדער זאַך װי געשעפֿט.

מען האָט אָבער געדאַרפֿט צוזאַמענשטעלען אַ גרופּע, אַז ניט, װאָלט זיך איהם ניט געלױנט. האָב איך גענומען זוכען שותּפֿים צו זיך, און דאָס איז מיר ניט אָנגעקומען גרינג. אײַן יונגער פּאַסאַזשיר האָט מיך באַקוקט מיט גרױס חשד. איך האָב איהם פֿאַרזיכערט, אַז דער רױטער אידעל מײנט ניט קײן שלעכטס. ער האָט אָבער געמאַכט אַ קאַלטען פּנים. רײדענדיג 23מיט אַ האַרטער װאָהלינער שפּראַך, מיט שװערע שאַרפֿע רײש'ען, האָט ער ערקלעהרט, אַז ער פֿאָהרט צום גרענעץ. אַ פּאָר אַנדערע פּאַסאַזשירען האָבען יאָ אָנגענומען מײַן פֿאָרשלאַג, און מיר האָבען דעם רױטען, הײזעריגען אידען געגעבען האַנד-געלט. דער סוף איז געװען, אַז דער יונגער מאַן מיט די האַרטע רײש'ען איז צו אונז אױך צוגעשטאַנען.

ער האָט אױף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק װי אַ בעל מלאכה, הױפּטזעכליך װי אַ דאַמסקער שנײַדער.

דער אָפּמאַך מיט דעם קאָנטראַבאַנדשטשיק איז געװען, אַז מיר זאָלען צופֿאָהרען מיט'ן באַהן ביז דובנאַ און פֿון דאָרטען זאָל מען אונז נעהמען אױף אַ פֿוהר, דורך דעם געגענד װאָס לינגט לעבען ראַדזיװיל, צו דער עסטרײכישער גרענעץ. אױף דער אַנדער זײַט גרענעץ לינגט די גאַליצישע שטאָדט בראָד. ראַדזיװיל האָט דאַן געהערט צו רוסלאַנד און בראָד צו עסטרײַך.

אין דובנאַ האָבען מיר געװאָרט ביז עס איז געװאָרען פֿינסטער. דאַן האָבען זיך באַװיזען צװײי יונגע מאַלאָרוסישע פּױערים. מען האָט אונז געפֿיהרט אַ היבשע צײַט. ענדליך האָבען מיר זיך אָפּגעשטעלט אין אַ פּױערשע שטוב, אַ קלײנע כאַטקע, פֿריש אױסגעקאַלכט פֿון דרױסען און פֿון אינװײניג — גאַנץ אַנדערש װי פּױערשע װאוינונגען אין די דערפֿער פֿון דער ליטע. אײַנעם פֿון די צװײי „שקצים", װאָס האָבען אונז געפֿיהרט, געדענק איך: ער איז געװען אַ הױכער און אַ באַרװעסער, און בײַם זײַט איז בײַ איהם געהאַנגען אַ פֿעסעל. ער האָט אַריבערגעשמוגעלט שנאַפּס פֿון עסטרײַך קײן רוסלאַנד, װאָרים אין עסטרײַך איז אױף בראַנפֿען קײן אָפּצאָהלונג ניט געװען און אין רוסלאַנד געװען טײַערער; האָבען די קאָנטראַבאַנדשטשיקעס פֿון רוסלאַנד קײן עסטרײַך „אַריבערגעפּעקעלט" פּאַפּיראָסען און פּאַפּיראָסען-טאַבאַק.

אין דער פּױערשער שטיבעל האָבען מיר געהאַט צו װאַרטען זעהר לאַנג. מיר האָבען פֿאַרלאָרען די געדולד און גענומען 24חושד זײַן, אַז מען האַלט אונז אומישנע כּדי אונז איבערצושרעקען און אױסנאַרען מעהר געלד בײַ אונז. און אַזױ איז טאַקע געװען.

ענדליך האָט מען אונז גענומען פֿיהרען; צו-פֿוס האָט מען אונז געפֿיהרט, איבער פֿעלדער און לאָנקעס. דערבײַ האָט מען געמאַכט גרױסע צערעמאָניעס. אַלע װײַלע האָט דער הױכער „שײגעץ" אונז געגעבען אַ צײַכען מיט'ן פֿינגער, אַז מיר זאָלען זײַן „שאַ", אַז ניט, װעט זײַן גאָט װײסט װאָס.

מיר זײַנען געגאַנגען און געגאַנגען. דער הײזעריגער קאָנטראַבאַנדשטשיק איז פֿאַרשװאואונדען געװאָרען. אױפֿ'ן װעג איז צו אונז צוגעשטאַנען אַ הױכער, ברײיטער איד, אַ געלער, אַ געגאָלטער. ער האָט גערעדט גאָר מיט אַנאַנדער אַקצענט װי די װאָהלינער אידען. ער איז געװען אַ בראָדער, און ער איז געגאַנגען אַהײם מיט אַביסעל קאָנטראַבאַנד.

די גאַנצע צײַט האָב איך מיט מײַן פּאָלשען פּאַס געהאַלטען אין האַנט. טאָמער פֿאַלען מיר אַרײַן אין די פּאָליציי דערװײַסט זיך, אַז מען זוכט מיך פֿאַר רעװאָלוציאָנערע חטאים, װאָלט מיט אַ פּאָלשען פּאַס געװען ערגער װי גאָר אָהן אַ פּאַס. און אױסער מיר װאָלט געליטען דעם מאָהילעװער סבאָרשטשיק, װעלכער האָט פֿאַבריצירט מײַן פּאַס. דעריבער האָב איך דעם דאָקומענט געהאַלטען גרײט, אױסצוּװאַרפֿען איהם אױב מען װעט דאַרפֿען.

װײַטער געדענק איך נאָר דעם מאָמענט, װען מען האָט אונז אָנגעזאָגט די גוטע בשורה, אַז מיר זײַנען שױן אױף דער עסטרײַכישער זײַט פֿון גרענעץ. דאָרטען האָט מען אונז װידער אַרױפֿגעזעצט אױף אַ פֿוהר.