בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

צװײיטער קאַפּיטל

אין דעם זאַמלונגס-פּונקט פֿון דער עמיגראַציע

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 25–47 (גאַנצער צװײיטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 25 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. אין אָריגינאַל זײַנען אַרײַנגעבונדען צװײ בילד-בלעטער (פּאָרטרעטען). רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אַ שטאָדט װי פֿון דר'ערד אױסגעגראַבען. — אַ שטוב װי אין אַ מעשׂה מיט גזלנים.

25מיר זײַנען װײַטער געפֿאָהרען. ענדליך זײַנען מיר אָנגעקומען אין בראָד.

עס איז אַ שפּראַץ אױף טאָג.

קלײנטשינקע, געלבליך-װײַסינקע מױערלעך. אױפֿ'ן גאַס געהט אַ יונגער מאַן אין אַ לאַנגער, לאַנגער קאַפּאָטע פֿון אַ גוטען ברױנעם געװואַנט, מיט אַ פּלושענעם קאַפּעלוש פֿון דעמזעלבען קאָליר. ער איז אַ בלאָנדער, און קענטיג פֿון אַ רײַכער, פֿרומער משפּחה. אַזעלכע יונגע לײַט האָב איך אין רוסלאַנד קײנמאָל ניט געזעהן. װי עס האָט געשײנט, איז ער געגאַנגען אין שול, צום ערשטען מנין. אַלץ האָט אױסגעזעהען אונגעװעהנליך, כּמעט אונאַטירליך. אפֿשר האָט מײַן פֿאַרשלאָפֿענער צושטאַנד געהאַט אַ שײַכות צו דעם אײַנדרוק, װאָס דער בילד האָט אױף מיר געמאַכט. אין מײַן זכרון איז ער צוזאַמענגעמישט מיט דעם טעם פֿון פֿריהמאָרגענדינע פֿריהלינג-לופֿט.

די פֿוהרען האָבען זיך גערוקט טיפֿער אין שטאָדט אַרײַן.

אין פֿילע ערטער זײַנען געשטאַנען חורבות פֿון הײזער אָדער הױלע אױװענס און זײיערע קױמענס. שפּעטער האָב איך געהערט אַז אין בראָד איז מיט עטליכע יאָהר פֿריהער געװען אַ גרױסע שׂרפֿה. און דער בראָדער עולם איז געװען צו אָרים די הײזער װידער אױפֿצובױען.

26בראָד איז אַמאָל געװען אַ רײַכע האַנדעל-שטאָדט. דאָס איז געװען דאַן, װען זי איז געװען אַ „פֿרײַ-שטאָדט". װען מען האָט בײַ איהר צוגענומען איהר האַנדעלס-פֿרײַהײט, איז זי פֿאַראָרימט געװאָרען. נאָך דער שׂרפֿה זײַנען געבליבען אַ סך רואינען, אומעטום האָבען זיך געפֿונען סמנים פֿון פֿאַרװיסטונג. דאָ און דאָרטען האָט אַ שטיק גאַס אױסגעזעהען װי אַ מױל, אין װעלכען עס זײַנען איבערגעבליבען נאָר צװײי אָדער דרײַ צײַהן. און דאָס האָט פֿאַרגרעסערט דעם משונה'דיגען אײַנדרוק װאָס די שטאָדט האָט אױף מיר געמאַכט.

אין דער ביבליאָטעק פֿון אונזער אינסטיטוט איז געװען אַ בוך (צוזאַמענגעשטעלט פֿון עטליכע זשורנאַל אַרטיקלען) װעגען אַלטע רױמישע שטעדט, און דאָרטען איז געװען אַן אַרטיקעל װעגען פּאָמפּעי, די שטאָדט װעלכע איז איבער זיבעצעהן הונדערט יאָהר געלעגען אונטער דער ערד, אַ פֿאַרשאָטענע און פֿאַרגעסענע. אין דעם דאָזיגען אַרטיקעל איז געװען דערצײילט װי מען האָט די שטאָדט געפֿונען און אױפֿגעגראָבען. האָט זיך מיר בראָד פֿאָרגעשטעלט װי אַן אױפֿגעגראָבענע שטאָדט אַזעלכע.

מיר זײַנען אַרײַנגעפֿאָהרען אין דעם מיטעל-פּונקט פֿון שטאָדט. קײן סך מענשען האָט מען נאָך ניט געזעהן; דער עולם האָט נאָך געשלאָפֿען. די עטליכע אידען, װאָס האָבען זיך יאָ באַװיזען, האָבען אױסגעזעהען זעהר זאָנדערבאַר. אַ װאָסערטרעגער אין אַ הױכען קאַפּעלוש; אַ באַרװעסער אינגעל פֿון אַ יאָהר דרײַצעהן, װעלכער איז אַרומגעלאָפֿען מיט אַ גרױסען קאָשיק מיט בײגעל, האָט אױך געטראָגען אַ הױכען קאַפּעלוש; בײַ אונז האָט אַזאַ קאַפּעלוש געטראָגען בלױז אַ בעל-תּבת'ישער איד, און נאָר שבת. רבנים זײַנען אין װילנא געװען די אײנציגע, װאָס האָבען געטראָגען הױכע קאַפּעלושען אין מיטען װאָך. אַ װאַסער-טרעגער אין אַ קאַפּעלוש, װען ער געהט מיט זײַנע עמערס װאַסער, און אַ באַרװעסער בײגעל-אינגעל אין אַ קאַפּעלוש! — בײַ אונז װאָלט מען זײ פֿאַרמאַכט אין אַ משוגעים-שטיבעל.

דער צענטער פֿון שטאָדט איז אַ קלײנער סקווער מיט קראָמען פֿון אַלע זײַטען. פֿון אײן זײַט זײַנען די קראָמען 27געגאַנגען הינטער אַ צײל פֿון אַרקען, װי האָלב-קײלעכדיגע מױערלעך. אַלץ איז געװען בראָדנע, טראַנטעוואַטע, אָרים װי די אָרימסטע געסעל פֿון מײַן שטאָדט. אַזױ װי איך האָב פֿריהער זעהר װײיניג גערײַזט (פּעטערסבורג און װיטעבסק זײַנען געװען די אײנציגע היבשע שטעדט, װעלכע איך האָב באַזוכט), האָט אױף מיר יעדער נײַער װינקעל געמאַכט אַ שאַרפֿען אײַנדרוק; אָבער בראָד האָט אױף מיר געמאַכט אַן אונבאַשרײַבליך שאַרפֿען אײַנדרוק. כּמעט אַלץ איז אין איהר געװען אַנדערש װי בײַ אונז. און דיזע אַנדערשקײט איז געװען פֿאַרבונדען מיט דער גרעסטער אָרימקײט און אָפּגעריסענקײט, װאָס איך האָב װען עס איז געזעהן.

דער הױכער, ברײיטער געלער איד, דער בראָדער קאָנטראַבאַנדשטשיס, װאָס איז צו אונז צוגעשטאַנען אױפֿ'ן װעג, האָט אונז פֿאָרגעשלאָגען, אַז מיר זאָלען פֿאָרפֿאָהרען צו איהם. אַזױ װי מיר האָבען אין בראָד קײנעם ניט געקענט, האָבען מיר זײַן פֿאָרשלאַג אָנגענומען.

זײַן דירה איז געװען אַ שױדערליכע. זי איז באַשטאַנען פֿון אַן אײַנציגען צימער, װאָס איז איבערגעבליבען אין אַ צו-פֿאַלענעם מױער — אַ חורבה פֿון דער אױבען-דערמאָנטער שׂרפֿה. אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דיזער הױז, אונטער דעם זעלבען דאַך, איז די פּאָדלאָגע און אַ טײל פֿון דעם פֿונדאַמענט געװען אײַנגאַנצען פֿאַרניכטעט. עס איז איבערגעבליבען אַ גרױסע גרוב מיט צואַװאָרפֿענע שטיקלאַך ציגעל. אין מײַנע אױגען האָט דאָס אױסגעקוקט װי אַ באַגעגעניש-פּלאַץ פֿון גזלנים.

די פֿאַמיליע איז באַשטאַנען פֿון דעם הױכען געלען קאָנטראַבאַנדשטשיס, זײַן קלײנע, דאַרע פֿרױ און אַ קלײנע, דאַרע מײדעל פֿון אַ יאָהר צװאַנציג, דער באַלעבאָסטע'ס אַ פּלימעניצע.

מיר האָבען די פֿריהערדיגע נאַכט ניט געשלאָפֿען; און דערצו נאָך זײַנען מיר אַזױ לאַנג געגאַנגען צופֿוס. זײַנען מיר איצט געפֿאַלען שלאָפֿען װי גע'הרג'עטע. אַ פּאָר פֿון אונז האָבען זיך געמוזט לײגען אױף דער ערד, מיט אַ פּעקעל צוקאָפּענס.

28שפּעטער, װען מיר זײַנען אױפֿגעשטאַנען, האָבען מיר זיך גענומען שושקען װועגען געהן זוכען עפּעס אַ רעכטע קװאַרטיר. דער געלער קאָנטראַבאַנדשטשיס און זײַן דאַרע פֿרױ האָבען אונז גוט באַהאַנדעלט און מיר האָבען זײ גערעכענט פֿאַר אַנשטענדיגע און ליבליכע מענשען. מילא זײיער ליבליכקײט איז טאַקע געװען אַן אמת'ע. װאָס אַנבאַטרעפֿט אָבער זײיער אַנשטענדיגקײט, האָבען מיר זיך באַלד ערקונדיגט, אַז מיר האָבען אַ טעות. אײַנער פֿון אונזערע מיטװאַנדערער האָט אונז אײַנגעראָמט אַ סוד, אַז די באַלעבאָסטע האָט איהם פֿאָרגעשלאָגען איהר פּלימעניצע פֿאַר עטליכע גרײצער — „ניט אין שטוב, נאָר דאָרטען" (דאָס הײסט, אין דער רואינירטער טײל פֿון דעם מױער). „געבעך, אַן אָרימע יתומה; זי װיל פֿאַרדינען עטליכע גראַצער" — האָט זי געזאָגט.

מען װאָלט געקענט מײנען, אַז די מײדעל איז גאָרניט קײן פּלימעניצע. זי איז אָבער געװען שטאַרק עהנליך צו דער באַלעבאָסטע.

דאָס אַלץ האָט אַזױ װי באַשטעטיגט מײַן אײַנדרוק, אַז מיר זײַנען דאָ אַרײַנגעפֿאַלען אין אַ באַהעלטעניש-פּלאַץ פֿון פֿאַרברעכער. טראָץ דער באַלעבאָסטע'ס אָנבאָט אָבער איז זי און איהר מאַן געװען עהרליכע מענשען. אַזױ האָב איך געפֿיהלט. דער לעבענס-קאַמף איז זײ פּשוט אָנגעקומען צו שװער. זײ האָבען געהערט צו אַ װעלט, װאו מאָראַלישע אַנשטענדיגקײט איז אַ לוקסוס.

אין סך הכּל האָט די געשיכטע פֿאַרשאַרפֿט מײַן אײַנדרוק, אַז איך בין אױף אַ מין יענער װעלט, װאו אַלע באַגריפֿען זײַנען קאַפּױר.

מיר זײַנען אַװעק זוכען קװאַרטירען, יעדער באַזונדער. װאָס אַנבאַטרעפֿט מיר, האָב איך נאָך דיזער ערפֿאַהרונג ניט געהאַט קײן צוטרױ צו קײנעם; כ'האָב זיך אָפּגעזונדערט פֿון מײַנע מיטרײַזענדע.

איך בין אַרײַן צו אַ פֿעלדשער, זיך אַרומגעשאָרען, אַרומגעפּוצט זיך אַביסעל, געגאַנגען קױפֿען אַ הוט, און דאַן זיך גענומען זוכען אַ קװאַרטיר. איך האָב באַלד געפֿונען.

2
איך באַקום װידער אַ ציװיליזירטען אױסזעהן. — אַ באַגעגעניש. — די עמיגראַנטען פֿיהלען זיך גוט אין עסטרײַך.

29דאָס איז געװען אַ װאוינונג אױף אַן אונטערשטען עטאַזש, מיט אַן אַרײַנגאַנג גלײַך פֿון גאַס. די דירה איז באַשטאַנען פֿון צװײי גרױסע צימערען, אײַנער צום גאַס, און אײַנער צום הױף. מײַן בעט איז געשטאַנען אין דעם אינװײיניגסטען צימער. און דאָרטען האָבען לאָזשירט נאָך צװײי רוסישע עמיגראַנטען. אײַנער פֿון זײ איז געװען אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען װאָרהאַפֿטיג, אַן אַדװאָקאַט פֿון קאָװעל, װאָהלינער גובערניע — ניט קײן הױכער און ניט קײן דאַרער, מיט שװאַרצע האָר, מיט אַ שװאַרצינקער שטיקעל בערדעלע אונטער'ן לופֿ און מיט אַ באַסאָװע שטימע. דעם אַנדערען געדענק איך ניט. די באַלעבאָסטע איז געװען אַן אלמנה און זי האָט דאָרטען געװואוינט מיט איהרע צװײי יונגע זיהן.

אױפֿ'ן פֿענסטער, צום גאַס, אונטער אַ גלאָז, איז געשטאַנען אַ גרױסער קאָסטבאַרער זײיגער. איהר מאַן איז געװען אַ זײיגער-מאַכער און דאָס איז געװען זײַן „שילד". דאָס און אַ געװיסע צאָהל אַנדערע זײיגערס איז געװען די ירושה, װאָס פֿון איהם איז געבליבען.

די װאוינונג האָט די אלמנה געהאַלטען רײן און אַלץ איז דאָ געװען אַנשטענדיג און אָנגענעהם.

דעם נעקסטען טאָג בין איך אַװעק קױפֿען אַ נײַעם קאָסטיום. אױף ניט קײן טײַערען „גאַרניטער" האָב איך נאָך געהאַט גענוג געלט. איך האָב געקױפֿט דעם ביליגסטען, װאָס איך האָב געקענט קריגען. ער איז געװען פֿון אַ זעהר לײַכטען ברױנעם טוך. איך האָב געמײנט, אַז אָט-אָט צופֿאַלט ער זיך. אױסגעזעהען האָט ער אָבער פֿײן און גענײט איז ער געװען נעט. אױף מײַן קװאַרטיר האָט מען מיר געזאָגט, אַז ער פּאַסט מיר.

פֿון בראָד האָב איך געשריבען מײַן ערשטען בריעף אהײם — צו מײַנע עלטערען און צו מײַן מוהמע פֿײגע'ן. איך האָב 30זײ געזאָגט, װאו איך געפֿין זיך איצט, און אַז איך גרײט זיך צו פֿאָהרען קײן אמעריקא. דערבײַ האָב איך זײ געגעבען אָנצוהערעניש, אַז דעם בריעף װעגען מײַן אָנקומען אין פּאַריז האָב איך דיקטירט נאָר אום זײ צו באַרוהיגען.

איך האָב אױך געשריבען קײן נעװעל צו מײַנע חברים, טראָצקי און יונאָװיטש. איך האָב זײ דערצעהלט, אַז איך בין אין בראָד, עסטרײַך, און פֿאָהר אין אמעריקא. צום שלום האָב איך צוגעשריבען די פֿאָלגענדע װערטער: „געהט אַרײַן אין דיליזשאַנס-קאַנטאָר און זאָגט מאַכאָװער'ן, אַז ליפּשיץ אין מאַסקע קאָהאַן". קײן געפֿאַהר איז פֿאַר זײ מײַן בריעף שױן ניט געװען. װיבאַלד אַז איך פֿאָהר אין אמעריקא, האָב איך מיט דער רוסישער רעװאָלוציע ניט צו טאָן.

נאָכמיטאָג שטעה איך אַזױ בײַם שװעל פֿון מײַן װאוינונג און קוק אױף די פֿאַרבײַגעהער. איך זעה: עס קומט אָן דער הױכער, בלאָנדליכער בחור, מיט װעלכען איך בין געפֿאָהרען אױפֿן שיף פֿון מאָהילעװ ביז קיעװ; אָט דער, װאָס האָט ניט אױפֿגעהערט צו דערצעהלען װעגען דער שטעלע װאָס ער האָט בײַ דעם קיעװער מיליאָנער טאַראַשטשענקאָ.

ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אַן ערשטױנטער. באַקוקענדיג מיר פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, מיר מיט מײַן נײַעם עסטרײַכישען גאַרניטער, האָט ער געזאָגט מיט אַ שמײכעל:

— איהר האָט דאָך געזאָגט, אַז איהר פֿאָהרט אין בערדיטשעװ האַנדלען מיט צוקער?

— און איהר האָט דאָך געזאָגט, אַז איהר פֿאָהרט אױף אַ שטעלע צו טאַראַשטשענקאָ'ן אין קיעװ? — האָב איך אָפּגעענטפֿערט.

— טפֿו זאָל עס װערען! איך האָב געמײנט איהר זײַט אַ ישיבה-בחור!

אױפֿ'ן שיף האָט ער צו מיר גערעדט מיט פֿרײַנדליכער חוצפּה. איצט איז זײַן טאָן געװען גאָר אַנאַנדערער.

אין בראָד האָבען זיך דאַן געפֿונען עטליכע טױזענט אידישע עמיגראַנטען פֿון רוסלאַנד. מען האָט זײ באַגעגענט װאו מען 31איז געשטאַנען און װאו מען איז געגאַנגען, װאָרים דערקעננען איז זײ געװען זעהר לײַכט: נאָך זײיער אַלגעמײינעם אױסזעהען און נאָך זײיער אױסשפּראַך. מען איז זיך אַהין צוזאַמענגעפֿאָהרען פֿון אַלע װינקלען פֿון זיד-רוסלאַנד. כּמעט יעדען טאָג זײַנען אָנגעקומען נײיע צוגען פֿול מיט עמיגראַנטען.

בראָד איז געװען דער זאַמלונגס-פּונקט פֿון דער אידישער אױסװאַנדערונג. דער װאָס װעט אַמאָל שרײַבען אַ גענויע געשיכטע פֿון יענע פּאָגראָמען און פֿון דער גרױסער עמיגראַציע, װעלכע זײי האָבען אַרױסגערופֿען, װעט דער שטאָדט בראָד אָפּגעבען פּלאַץ אַלס אַ היסטאָרישען פּונקט.

פֿון דאָרטען איז מען געפֿאָהרען װײַטער: דורך לעמבערג און קראַקױ, נאָך ברעסלאַו, דײַטשלאַנד, און פֿון דאָרט, דורך בערלין, קײן האַמבורג. אין האַמבורג האָט מען זיך געזעצט אױף אַ קלײנע שיף, װעלכע האָט די עמיגראַנטען געבראַכט קײן ענגלאַנד (קײן האָלל אָדער װעסט האַרטלפּול); פֿון דאָרטען מיט'ן באַהן ביז ליװערפּול און פֿון ליװערפּול אױף אַ גרױסער שיף קײן אמעריקא (דאָס רוב קײן פֿילאַדעלפֿיא). דאָס זײַנען געװען דאַמפּפֿערס פֿון אַ קאָמפּאַני, מיט װעלכע דער ענגלישער אידישער קאָמיטעט האָט געהאַט אַן אָפּמאַך צו פֿיהרען די אױסװאַנדערער.

דיזער קאָמיטעט איז געװען פֿאַרבונדען מיט'ן באַריהמטען „אַליאַנס איזראעליט אוניװוערסאַל" (אַלװעלטליכער אידישער פֿאַרבאַנד), אין װעלכען עס האָבען זיך באַטײיליגט אידישע מיליאָנערען פֿון פֿראַנקרײַך און אַנדערע אײראָפּאַאישע לענדער. דער „אַליאַנס" האָט געשאַפֿען די געלט און קאָנטראָלירט די גאַנצע באַװעגונג. די אידען פֿון די פֿאַרשידענע שטעדט, דורך װעלכע די עמיגראַנטען זײַנען דורכגעפֿאָהרען, האָבען זײ אױפֿגענומען און מכבד געװען װי גוטע געסט; די גרױסע רײַזע-קאָסטען זײַנען געקומען פֿון דעם „אַליאַנס" גופֿא, אָדער פֿון די קאָמיטעטען װאָס זײַנען געװען פֿאַרבונדען מיט איהם. אין בראָד האָט פֿאַר די עמיגראַנטען געאַרבײט אַ צװײַג פֿון דער אַליאַנס אָרגאַניזאַציע פֿון װיען.

װען איך האָב זיך געפֿונען אין בראָד, איז אַהין פֿון װיען 32געקומען דער באַריהמטער שריפֿטשטעלער קאַרל עמיל פֿראַנצאָז. ער איז געװען אַ מיטגליד פֿון דעם װיענער קאָמיטעט און ער איז אַריבערגעפֿאָהרען אין די אינטערעסען פֿון דער עמיגראַציע. איך האָב געהערט זײַנע אַ רעדע צו די עמיגראַנטען.

די עסטרײכישע רעגירונג איז צו די עמיגראַנטען געװען פֿרײַנדליך. קײן פּאַספּאָרטען האָט זי בײַ קײנעם ניט געפֿאָדערט, און מיר האָבען זיך דאָרטען איבערהױפּט געפֿיהלט אַ סך פֿרײַער װי אין רוסלאַנד.

דער עיקר איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס די עסטרײכישע רעגירונג האָט אַרױסגעװיזען װײיניג אַנטיסעמיטיזם — כּמעט גאָרניט. די דאָרטיגע אידען האָבען זיך אין זײיער געבורטס-לאַנד געפֿיהלט אַ סך בעסער װי רוסישע אידען האָבען זיך געפֿיהלט אין רוסלאַנד. די עסטרײכישע אידען פֿלעגען װעגען פֿראַנץ יאָזעף'ן, זײיער קיסר, רײדען מיט ליבע. און דער עסטרײכישער סאָלדאַט אָדער אָפֿיציר האָט זײ ניט געשראָקען.

דאָס אַלץ האָט אױף אונזערע עמיגראַנטען געמאַכט אַן אָנגענעהמען אײַנדרוק. זײ האָבען זיך אין בראָד געפֿיהלט הײמיש. די עסטרײכישע מיליטער האָבען זײ ניט גענומען ערנסט. אפֿילו דער עסטרײכישער זשאַנדאַר, מיט זײַן גרױסער דאַמסקער הוט, מיט'ן שװאַרצען פֿעדער, און מיט זײַן בלױזען שװערד — אפֿילו ער איז זײ אױסגעקומען װי אַ שפּאַס. דער רוסישער זעלנער האָט אױסגעזעהן גרעסער, פֿאָלנער, שטאַרקער און „סטראַשנער".

„אונזערער אַ סאָלדאַט װאָלט אַזױ „העלד" מיט'ן קלײנעם פֿינגערעל אַנידערגעװאָרפֿען" — פֿלעג איך אָפּט הערען פֿון אונזערע אױסװאַנדערער, װען עס פֿלעגט פֿאַרבײַגעהן אַן עסטרײכישער סאָלדאַט.

דערבײַ פֿלעגען זײ אָבער אױסדריקען פֿרײַנדליכע געפֿיהלען צו עסטרײַך מיט איהר חיל און שילטען דעם רוסישען קיסר מיט זײַן מיליטערישער מאַכט.

אַרום די בראָדער קאַזאַרמעס האָבען שטענדיג ארומגעשפּאַצירט רוסישע עמיגראַנטען, און װען דאָרטען פֿלעגט מען 33מושטירען סאָלדאַטען, פֿלעגט זיך אָנזאַמלען אַ גאַנצער עולם אונזערער. זײ פֿלעגען שטעהן און קוקען, מאַכען פֿאַרגלײַכונגען, מאַכען הונדערט מאָל דיזעלבע באַמערקונג.

אַן אינטערעסאַנטער מאָמענט פֿלעגט זײַן אין אָװענד, װען בײַ די קאַזאַרמעס האָט מען געטרומײטערט „אַ גוטע נאַכט!" צו די סאָלדאַטען. דאַן פֿלעגען זיך דאָרטען צוזאַמענקומען עטליכע הונדערט רוסישע אידען. די מיליטערישע אינסטרומענטען האָבען געשפּילט מיט פֿאַרטראַכטע אײדעלע טענער, װעלכע האָבען גערעדט צו דעם עמיגראַנט'ס פֿאַרטרױערטער האַרץ. װען זײ פֿלעגען אַזױ שטעהן אין די אָװענד-שאָטענס, קוקענדיג אױף די בלישטשענדע טרומײטען און צוהערענדיג זיך צו זײיערע אומעטיגע נגונים, פֿלעגט אַ בענקעניש ליגען אױף זײיערע פּנים'ער, אַ בענקעניש נאָך דער פֿאַרלאָזענער הײם און אַ מורא פֿאַר דער אומבאַװאוּסטער צוקונפֿט.

3
מען װאַרט אױף אַ בילעט צו פֿאָהרען װײַטער. — אינטעליגענטען. — בײַ די קוילישערס. — מאַשביר און דער באַלטער „עם-עולם". — ענטוישונג.

אױפֿגענומען צו װערען פֿון דעם קאָמיטעט אַלס אַ קאַנדידאַט צו פֿאָהרען קײן אמעריקא איז ניט געװען קײן לײַכטע זאַך. עס זײַנען געװען צופֿיל עמיגראַנטען און מען האָט געמוזט לאַנג װאַרטען אײדער מען האָט פֿאַרשריבען אױפֿ'ן צעטעל, און דאַן ערשט האָט זיך אָנגעהױבען די װאַרטעניש צו באַקומען אַ קאַרטע אױף דער רײַזע. פֿילע פֿון די עמיגראַנטען זײַנען געקומען אין בראָד אָהן אַ גראָשען; און אײַניגע האָבען פּשוט געהונגערט. ס'איז געװען אַ צדקה-קיך. מען איז װי עס איז אױסגעקומען; געשלאָפֿען אױף דער ערד, זיך געמוטשעט און געװאַרט.

עס זײַנען אָבער אױך געװען אַזעלכע, װאָס זײַנען נעקומען קײן בראָד מיט היבשע סומען, אײַניגע זאָגאַר מיט טױזענדער. אָבער צו װאָס דאַרף מען קױפֿען אַ בילעט, װען דער קאָמיטעט 34שיקט אומזיסט? האָבען די רײַכע דאָס רוב אױך געװאָרט. און עס איז אַ פֿאַקט, אַז אײַניגע פֿאַמיליען האָבען אױפֿגעגעסען צו פֿאָר טױזענט רובעל װאַרטענדיג אױף אַן אומזיסטע רײַזע, װעלכע האָט באַטראָפֿען אַ פּאָר הונדערט.

איך האָב געקענט אַזעלכע. אױך האָב איך אײן בראָד געקענט אַ פֿאָר רוסיש-אידישע פֿאַמיליען, װאָס זײַנען געװען שעהן געקלײדט און זיך געפֿיהרט אױף אַ ברײיטען שטײיגער, כּאָטש זײ האָבען ניט געהאַט קײן קאַפּיקע אין קעשענע. אײן משפּחה, צום בײַשפּיל, האָט מיט אַ מערקװױרדיגער חוצפּה בײַ דעם קאָמיטעט יערע װאָך אַרױסגעקראָגען אַ היבשע סומע, אום זײ זאָלען קענען לעבען נאָך זײיער „שטאַנד" נאָך. ענדליך האָט דער קאָמיטעט זײ אַװעקגעשיקט קײן אמעריקא, אום פֿון זײי פּטור צו װערען.

װען עס פֿלעגט אָפּגעהן אַן עמיגראַנטען-צוג, פֿלעגען פֿילע פֿון די בלײַבענדע עמיגראַנטען איהם קומען באַגלײַטען. „פֿאָהרט געזונט! אַ גליקליכע רײַזע!" — פֿלעגען זײ צואווינשען מיט קנאה אין זײיערע שטימען. און יענע פֿלעגען פֿון די װאַגאָן-פֿענסטערלעך אָפּענטפֿערען מיט שטאָלץ און מיט מיטגעפֿיהל: „זײַט געזונט, מיר װעלען זיך באַלד טרעפֿען אין אמעריקא! און אפֿשר נאָך אין ליװערפּול!"

איך האָב גענומען זוכען די אינטעליגענטע עמיגראַנטען, װעלכע בעלקין האָט פֿאַר מיר געשילדערט, יענע קאָמפּאַניע באַגײַסטערטע סאָציאַליסטען, װאָס קלײַבען זיך קײן אמעריקא, אום דאָרטען צו פֿאַרװירקליכען זײיער אידעאַל.

געהענדיג איבער די גאַסען, האָב איך זיך צוגעהערט צי מען רעדט רוסיש צי אידיש. אױב רוסיש, הײסט עס אַז דאָס זײַנען אינטעליגענטען.

דאָס האָט מיר צוערשט ניט געבראַכט קײן רעזולטאַטען. האָב איך אָפּגעשטעלט אַ יונגען מאַן, װעלכער האָט מיר אױסגעזעהען אינטעליגענט, און זיך צו איהם געװוענדעט אױף 35רוסיש: „ענטשולדיגט מיר, װאו װאוינען דאָ די אינטעליגענטע יונגע לײַט, װאָס פֿאָהרען קײן אמעריקא?"

— איך בין אינטעליגענט און איך פֿאָהר קײן אמעריקא" — האָט ער מיר געענטפֿערט. ער האָט אָבער קױם אַרױסגערעדט די רוסישע װוערטער. עס איז געװען דײַטליך, אַז ער פֿאַרשטעהט זאָגאַר ניט װאָס איך מײן.

דערנאָך האָב איך אָפּגעשטעלט אַ אינטעליגענט-אױסזעהענדע פּאָר-פֿאָלק. אין זײ האָב איך שױן קײן טעות ניט געהאַט. איך האָב זײ ערקלעהרט װאָס איך זוך, און זײ האָבען מיר געװיזען װאוהין צו געהן. זײ האָבען מיר געגעבען אַן אַדרעס, װאו עס האָט דאַן געװואוינט אַ קיעװער פּאָר-פֿאָלק מיט'ן נאָמען קולישער. דער מאַן פֿון דער פֿאַמיליע האָט געדינט אַלס לעהרער אין דעם הױז פֿון דעם קיעװער מיליאָנער בראָדסקי, פֿון די בראָדסקיס באַריהמטע צוקער-פֿאַבריקאַנטען. אַ טײל פֿון די בראָדסקיס זײַנען נאָך די פּאָגראָמען אַװעק קײן בראָד און דאָרטען זיך צײַטװײיליג באַזעצט; און קולישער מיט זײַן פֿרױ און קינד זײַנען מיטגעקומען מיט זײ. די קולישערס האָבען געװואוינט אין אַ באַזונדערע דירה און בײַ זײ פֿלעגען זיך פֿאַרזאַמלען פֿילע פֿון די אינטעליגענטע עמיגראַנטען.

בין איך אַװעק צו די קולישערס.

די קולישערס האָבען געהאַט אַ גאַנץ בעל-הבת'ישע דירה אױפֿ'ן ערשטען עטאַזש פֿון אַ מױער אין רעכטען מיטען פֿון שטאָדט. איך בין אַרױפֿגעקומען און האָב זיך פֿאָרגעשטעלט אַלס אַן אױסגעשטודירטער לעהרער פֿון װילנא. זײ האָבען מיך פֿרײַנדליך אױפֿגענומען.

קולישער איז געװען אַ שעהנער יונגערמאַן מיט אַ גרױסע גאָלדענע באָרד און שעהנע לאַנגע גאָלדענע האָר, און זײַן פֿרױ איז געװען אַ שעהנע אינטעליגענטע יונגע װײַבעל, מיט שװאַרצע האָר און שװאַרצע לעבעדיגע אױגען. זי האָט געהאַלטען אַ קינד אױף די הענט. בײַ זײ זײַנען דאַן געװען אַ פּאָר געסט פֿון די אינטעליגענטע עמיגראַנטען, און זײ האָבען אונז פֿאָרגעשטעלט. באַלד איז פֿון גאַס געקומען אַ יונגערמאַן פֿון 36מיטעלען װאוקס, מיט אַ דונקעל-בלאָנדער בערדעל און אין ברילען. זײ האָבען איהם פֿאָרגעשטעלט מיט דעם נאָמען מאַשביר.

— דער הערר קאַהאַן האָט אױך געענדיגט אינסטיטוט, דעם װילנער, — האָט קולישער מיך רעקאָמענדירט.

עס האָט זיך אַרױסגעצײיגט, אַז מאַשביר האָט געענדיגט דעם זשיטאָמירער אינסטיטוט און אַז ער איז אין באַלטא געװען פֿאַרװאַלטענדער-לעהרער אין פֿונקט אַזאַ שול (אַ נאַטשאַלנאָיע אוטשילישטשע) װי די װועליזשער. ער איז געװען מיט עטליכע יאָהר עלטער פֿאַר מיר און ער האָט אױסגעשטודירט מיט פֿיר יאָהר פֿריהער. מיר האָבען זיך פֿאַראינטערעסירט אײַנער אין דעם אַנדערען.

נאָכדעם װי אין באַלטא האָט אױסגעבראָכען דער פּאָגראָם, דער שרעקליכסטער אַנטיסעמיטישער איבערפֿאַל פֿון יענע צײַטען; האָט זיך דאָרטען אָרגאַניזירט אַן עמיגראַציאָנס פּאַרטי און ער איז געװאָרען זײיער פֿיהרער. איצט איז ער, אַלזאָ, געװען אין בראָד מיט די באַלטישע עמיגראַנטען. ער און קולישער זײַנען געװען שול-חברים און נאָהענטע פֿרײַנד; איז ער בײַ איהם אײַנגעשטאַנען; און דאָ איז ער געװען דער מיטעל-פּונקט פֿון דעם באַלטער „עם-עולם".

מיר האָבען געשמועסט װועגען אונזערע לעהרער-אינסטיטוטען, װועגען זײַן באַלטער שול און װועגען מײַן װועליזשער שול. ער איז געװען אַ געלאַסענער, אַ העפֿליכער, און דורך דיזע שמועסען בין איך מיט איהם געװואָרען באַקענט נעהנטער װי מיט אַלע אַנדערע עמיגראַנטען.

ער האָט מיר פֿאָרגעשלאָגען צוצושטעהן צו זײַן באַלטער קרוזשאָק.

קײן סאָציאַליסט איז ער ניט געװען. און, װי איך האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, זײַנען די אַנדערע מיטגלידער פֿון זײַן קרוזשאָק אױך ניט געװען קײן סאָציאַליסטען. די קאָלאָניע װאָס זײ זײַנען געפֿאָהרען גרינדען, איז געװען געפּלאַנעװעט אױף אַ אידעאַליסטישען שטײיגער; אָבער אין װאָס דער דאָזיגער אידעאַליזם איז באַשטאַנען, האָט מאַשביר אַלײן ניט געװאוּסט.

אליעזר מאַשביר, 1885
אליעזר מאַשביר. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין מיטשעל, דאַקאָטאַ, אין 1885.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 36–37)

37— װעט די קאָלאָניע זײַן אַ קאָמוניסטישע? — האָב איך געפֿרעגט.

אױף דיזער פֿראַגע האָט ער ניט געהאַט קײן קלאָרען ענטפֿער. און דאָס זעלבע קאָן מען זאָגען װעגען מײסטע פֿון די אַנדערע עם-עולם'ניקעס. װעגען קאָמוניזם אָדער סאָציאַליזם האָבען דיזע עמיגראַנטען-פּאַרטיען איבערהױפּט װײיניג געטראַכט. זײ האָבען סתּם געמײנט צו גרינדען קאָלאָניעס, װאו מען װעט אַרבײטען און פֿיהרען אַ שעהנעם, אַ נײַעם סאָרט לעבען; אָנהױבען אַ נײַעם קאַפּיטעל אין דער געשיכטע פֿון דעם אידישען פֿאָלק.

די אײַנציגע גרופּע עם-עולם'ניקעס, װעלכע איז געפֿאָהרען מיט אַ באַשטימטער קאָמוניסטישער פּראָגראַם און האָט דיזע פּראָגראַם געפּרוּפֿט פֿאַרװירקליכען, איז געװען דער ערשטער „אָדעסער עם-עולם", אַ גרופּע, װעלכע איז אַװעקגעפֿאָהרען קײן אמעריקא מיט עטליכע מאָנאַט פֿריהער (אין אמעריקא זײַנען אױך געמאַכט געװואָרען פֿילע אַנדערע פּראָבעס צו גרינדען קאָמוניסטישע קאָלאָניעס. אין דיזע אונטערנעמונגען האָבען זיך אָבער מײסטענס באַטײיליגט קריסטען און זײ האָבען ניט קײן שײַכות צו אונזער ענין).

אַ װילנער גרופּע, װעלכע האָט זיך אָנגעשלאָסען אָן דעם קיעװער „עם-עולם" איז דורכאױס באַשטאַנען פֿון סאָציאַליסטען, מיטגלידער פֿון אונזער װילנער רעװאָלוציאָנערען קרוזשאָק; אָבער זי איז ניט געפֿאָהרען דורך בראָד און איך האָב נאָך אפֿילו ניט געװאוּסט, אַז אַזאַ גרופּע האָט זיך אין װילנא אָרגאַניזירט. אין בראָד האָבען זיך געפֿונען אַ פּאָר מיטגלידער פֿון דעם סאָציאַליסטישען קרוזשאָק פֿון קרעמענטשוג, אָבער פֿון דעם האָב איך צוערשט אױך ניט געװאוּסט.

איך בין ביטער ענטוישט געװאָרען. די גרױסע צאָהל סאָציאַליסטען, װעלכע איך האָב ערװואַרט דאָ צו געפֿינען, האָב איך ניט געפֿונען. די צאָהל סאָציאַליסטען צװוישען די עמיגראַנטען איז איבערהױפּט געװען אַ גאַנץ אונבעדײַטענדע. און אפֿילו די װאָס זײַנען אין דער הײם געװען פֿאַרבונדען מיט דער רעװאָלוצאָ38ציאָנער באַװעגונג, האָבען דאָ אין בראָד, אין דעם קאָך און טומעל פֿון דער עמיגראַציע, אַלײן ניט געװואוסט צי זײיער פֿאָהרען אין אמעריקא האָט אַ שײַכות צום סאָציאַליזם צי ניט. ניט זײי האָבען געװואוסט, ניט עס האָט זײי געאַרט; אײַניגע פֿון זײי זײַנען דורך די פּראָגראַמען געװואָרען דורכגעדרונגען מיט דעם נאַציאָנאַליסטישען גײַסט און זײי האָבען זיך מעהר אינטערעסירט מיט דעם װאָס זײי װעלען טאָן פֿאַר'ן אידישען פֿאָלק װי מיט דער פֿראַגע װעגען בױען אַ סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט.

צװוישען אונזערע בראָדער עמיגראַנטען זײַנען זאָגאַר געװען אַזעלכע, װאָס האָבען ניט געהערט צו די „אמעריקאַנצעס" נאָר צו די „פּאַלעסטינצעס". עס פֿלעגען דאָ פֿאָרקומען הײסע דעבאַטען צװוישען די צװוײי לאַגערען און אױך צװוישען די פֿאַרשידענע ריכטונגען בײַ די „אמעריקאַנצעס" גופֿא. אַזעלכע דעבאַטען האָב איך ניט אײן מאָל געהערט אין קולישער'ס הױז.

איך זאָג, אַז איך האָב די דעבאַטען „געהערט", װאָרים אַלײן קײן אָנטײל האָב איך אין זײי צוערשט ניט גענומען. איך האָב קײן מוט ניט געהאַט. איך האָב זיך געפֿיהלט, אַז איך האָב קײן פֿעסטע מײנונג ניט.

אַ חוץ דעם: איך בין געװען אַ שעמעװודיגער און דאָ בין איך געװען דער אײַנציגער „ליטװאַק", און אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון מאַלאָ-רוסישע אינטעליגענטען האָב איך זיך דאָ געפֿונען צום ערשטען מאָל אין מײַן לעבען. זײי האָבען גערעדט אַביסעל אַנדערש װי איך און זײיערע מאַנירען זײַנען אױך געװען אַביסעל אַנדערע.

בײַ זיך אין האַרצען האָב איך זיך געהאַלטען גרױס. איך בין אַ סאָציאַליסט און פֿאָהר ניט אַלס אַ געװוײינליכער עמיגראַנט, נאָר אַלס אַן „אונטער-ערדישער", װועמען די רוסישע זשאַנדאַרמעריע האָט צװוײי מאָל „אָביסקעװועט" און זיך געקליבען צו ארעסטירען.

און װוער זײַנען זײי? זײי האָבען אָן אונטער-ערדישע בלעטעל מסתּמא קײן מאָל אין די אױיגען ניט אָנגעזעהן...

די װועלט איז בײַ מיר אַלץ געװוען צוטײילט אױף „אונזערע" און „ניט אונזערע" און עס איז מיר ניט שװוער געװוען צו דערקעננען צו װועלכע קלאַס דער אָדער יענער געהערט. בלױז אַ פּאָר 39װוערטער האָט מען בעדאַרפֿט אױסרײידען, האָט מען שױין געקענט פֿאַרשטעהן, צי יענער האָט עפּעס אַ שײַכות צו אַ רעװואָלוציאָנערען „קרוזשאָק", צי ניט. אױיב ניט, און אױב ער איז אפֿילו קײן „סימפּאַטיזירער" אױך ניט, — געהערט ער צו אַ נידעריגערען קלאַס.

אײַנער פֿון די אינטעליגענטע עמיגראַנטען פֿון בראָד האָט אַמאָל פֿאַר מיר גענומען דערצעהלען װי ער האָט פֿאַרשפּרײיט די „נאַראָדנאַיא װואָליא" אין רוסלאַנד. איך האָב גלײַך געפֿיהלט, אַז עס איז אַ ליגען.

— װועלכער נומער איז דאָס געװוען? האָב איך איהם אַ פֿרעג געטאָן.

— דער 47-טער, — האָט ער געענטפֿערט.

דאָס איז געװוען גענוג פֿאַר מיר. דער העכסטער נומער „נאַראָדנאַיא װואָליא" װאָס איז ביז דאַן אַרױיס, איז געװוען דער אַכטער (דער זיבעטער און אַכטער צוזאַמען, דאַכט זיך).

איך גלױיב ניט, אַז אין גאַנץ בראָד האָט זיך דאַן געפֿונען אַ מנין מענשען, װועלכע האָבען װוען עס איז „פֿאַרזוכט" די אונטער-ערדישע רוסישע פּרעסע.

בײַ זיך אין האַרצען האָב איך זיך, אַלזאָ, געהאַלטען גרעסער פֿאַר קולישער'ן, מאַשביר'ן און די אַנדערע געבילדעטע יונגע לײַט, װאָס פֿלעגען זיך צו זײי אַרײַנקומען. אָבער דאָס האָט מיר ניט געשטערט זיך צו שעהמען פֿאַר זײי — צו שעהמען זיך בלױיז װוײיל זײי זײַנען געװוען װואָהלינער, אָדער אָדעסער, און איך — אַ ליטװואַק.

די טעג זײַנען געװוען שעהנע; די פֿריהלינגס-זון האָט געלױיכטען און געװואַרימט אַנגענעם. זײַנען די עמיגראַנטען אומגעגאַנגען איבער די גאַסען און איבער די פּאָר קלײנע פּאַרקען, װאָס בראָד פֿאַרמאָגט; מען איז געגאַנגען און געשמועסט, און װוער מיט אומעט אין זײַן שטימע. די אינטעליגענטע רוסישע יונגע לײַט האָבען דעבאַטירט, געקאָכט זיך, געשריען, און די גאַליציאַנער אידען האָבען צוגעקוקט נײַגעריג.

4
אלעיניקאָװ, ספּיװואַקאָװסקי, שאַמראַיעװוסקי. — װואָס דר. ראיעװוסקי האָט געדענקט װועגען מיר.

40אין קולישער'ס הױיז האָב איך זיך צום ערשטען מאָל געטראָפֿען מיט ניקאָלאַי אלעיניקאָװ'ן, דעם פֿיהרער פֿון דער קיעװוער פּאַרטי „עם-עולם", װועלכער איז איצט געפֿאָהרען קײן אמעריקא. ער איז געװוען אַ הױיכער, דאַרער, מיט אַ שװואַרצער בערדעל, מיט אַן עכט אידישען פּנים, און מיט ברילען אױף די אױיגען. זײַן קיעװוער פּאַרטי האָט געצױיגען אַ סך אױיפֿמערקזאַמקײיט אין בראָד, און אױף איהם פֿלעגט מען אױפֿ'ן גאַס אָנװוײיזען מיט'ן פֿינגער. ער איז געװוען אײַנער פֿון די װויכטיגסטע פּערזענליכקײיטען אין דער עמיגראַנטען-פּאַרטי.

צװוישען די עמיגראַנטען, װועלכע איך פֿלעג אָפֿט זעהן אױף די גאַסען פֿון בראָד, זײַנען אין מײַן זכרון פֿאַרבליבען די פֿאָלגענדע דרײי פֿיגורען: אַ אידישער דראַגונער פֿון רוסלאַנד, װועלכער איז אַריבער דעם גרענעץ, רײַטענדיג אױף זײַן קאַזיאָנעם פֿערד, און צװוײי אידישע טעלעגראַפֿיסטען — אײַנער זעהר אַ הױיכער, און אײַנער זעהר אַ נידעריגער, מיט אַ הױיקער.

אַ איד אַ דראַגונער איז אין רוסלאַנד געװוען אַ זעלטענהײיט. אױיך זײַנען אידישע טעלעגראַפֿיסטען געװוען אַן אונגעװוועהנליכע זאַך. אַלע דרײי פֿלעגען זײי אַרומשפּאַצירען איבער בראָד אין זײיערע יוניפֿאָרמס; די צװוײי טעלעגראַפֿיסטען אימער צוזאַמען.

אײַנמאָל, װוען איך בין געגאַנגען איבער דער הױיפּט גאַס פֿון בראָד מיט אַן עמיגראַנט, האָט מײַן באַגלײַטער זיך אָפּגעשטעלט צו באַגריסען אַ יונגען מאַן, װועלכער האָט זיך מיר געװואָרפֿען אין די אױיגען מיט זײַנע רױיטע האָר און מיט זײַן פֿול-בלוטיגען פּנים. מיט איהם צוזאַמען איז געגאַנגען דער יונגערמאַן מיט די האַרטע „רײש'ען", מיט װועלכען איך בין אַריבערגעגאַנגען דעם גרענעץ. איך האָב איהם ניט געזעהן זינט מיר האָבען פֿאַרלאָזען די זאָנדערבאַרע הױיז, װאו מיר 41האָבען געהאַט אונזער ערשטען נאַכטלעגער. ער האָט איצט שױין אױך געהאַט אַ אינטעליגענטען אױסזעהן.

מײַן באַגלײַטער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם רױיטען יונגען מאַן, װועמענס נאָמען איז געװוען ספּיװואַקאָװסקי; און יענער האָט פֿאַר אונז פֿאָרגעשטעלט דעם עמיגראַנט מיט די האַרטע „רײש'ען". פֿריהער האָב איך זײַן נאָמען ניט געװואוסט. איצט האָב איך זיך דערװואָוסט, אַז מען רופֿט איהם שאַמראַיעװוסקי.

— מיר זײַנען דאָך שױין באַקאַנט, — האָב איך באַמערקט אױף רוסיש.

שאַמראַיעװוסקי האָט מיך אָנגעקוקט מיט איבערראַשונג. אַז איך קען רײידען רוסיש און נאָך אױפֿ'ן אינטעליגענטען שטײיגער — דאָס איז פֿאַר איהם געװוען אַן אונערװואַרטעטע נײַעס. פֿאַר מיר װוידער, איז געװוען אַ נײַעס, אַז ער איז אױך אַן אינטעליגענט און ניט קײן דאַמסקער שנײַדער.

רײידענדיג אין אײַלעניש, האָט ספּיװואַקאָװסקי געזאָגט עפּעס װועגען דער באַװועגונג, און װועגען אַ װויכטיגער פּערזענליכקײיט, מיט װועלכער ער געהט זיך זעהן װועגען פּאַלעסטינאַ. זײַן רױימער פֿולבלוטיגער פּנים און דער דרינגענדער, האַסטיגער קול, מיט װועלכען ער האָט אין יענעם מאָמענט גערעדט, האָט אױף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק, אַז ער איז אַ באַגײַסטערטער, האַרצעדיגער, סימפּאַטישער יונג.

עס האָט זיך אַרױיסגעצײַגט, אַז ער און שאַמראַיעװוסקי זײַנען פֿון קרעמענטשוג, װאו זײי זײַנען געװוען מיטגלידער פֿון אַ רעװואָלוציאָנערען קרוזשאָק.

ספּיװואַקאָװסקי איז דער איצטיגער דאָקטאָר ספּיװואַק פֿון דענװוער, קאָלאָראַדאָ, און שאַמראַיעװוסקי — דער איצטיגער דר. ראיעװוסקי פֿון ליבערטי.

אין שפּעטערע יאָהרען האָט דר. ראיעװוסקי באַשריבען אונזער ערשטע באַגעגעניש* און איך גלױיב, אַז עס װועט ניט 42זײַן אונאינטערעסאַנט דאָ איבערצוגעבען אַ טײל פֿון זײַן שילדערונג.

אױפֿ'ן צוג איז שאַמראַיעװוסקי געזעסען מיט פֿאַרצײַטיגע אידען און האָט פֿאַר זײי געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פֿרומען אַרבײַטער. אױף אַ געװויסער צײַט איז ער אַריבער אין אַנאַנדער װואַגאָן, װואָרים געפֿינענדיג זיך לעבען יענע אידען, װואָלט ער געמוזט דאַװונען, און דאָס האָט ער געװואָלט אױסמײַדען. דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן פֿריהערדיגען װואַגאָן און געזאָגט די פֿרומע אידען, אַז ער האָט געדאַװוענט אין דעם צװוייטען װואַגאָן. ער באַשרײַבט, װוי אין בערדיטשעװ איז אַרײַנגעקומען די פֿרעהליכע קאָמפּאַניע פֿון אינטעליגענטען, װועלכע איך האָב אױיבען דערמאָנט, און װוי דאָרטען האָט ער מיך באַמערקט. איך האָב אױף איהם קײן גוטען אײַנדרוק ניט געמאַכט.

װוייטער דערצעהלט דר. ראיעװוסקי װועגען מיר אַזױ:

„געטראָגען האָט ער אַ לאַנגען איבער-ראָק, װועלכער האָט אױסגעזעהען אי װוי אַן איבער-ראָק אי װוי עפּעס אַ לאַנגע קאַפּאָטע. איך זעה ער שאַרט זיך אױיך צו די אינטעליגענטען, און דאָך איז ער ניט זײיערער און רעדט מיט קײנעם ניט. ער קוקט און הערט זיך צו. אָט זעהט ער מיר אױיס װוי אַן אָרים-בחור, װואָס קומט צו אונז אין מאַלאָראָסיע װוערען אַ מלמד, און אָט איז ער דאָך ניט דאָס".

אײַנפֿאַך גערעדט: שאַמראַיעװוסקי האָט חושד געװוען, אַז איך דין בײַ דער פּאָליציי. אַזױ װוי ער איז געװוען ניט קײן „כּשר'ער", האָט ער פֿון אַזאַ חברה-מאַן געװואָלט זיך האַלטען װואָס װוייטער. ער דערצעהלט װוי איך האָב זיך צו איהם געװוענדעט װועגען דינגען אַ קאָנטראַבאַנדשטשיק צוזאַמען, און װוי נאָכהער האָט ער זיך באַראָטען װועגען מיר מיט זײַנע אָרטאָדאָקסישע אידען. זײי האָבען אױיך געזעהן װוי איך זוך שותּפֿים אױף צו דינגען אַ קאָנטראַבאַנדשטשיק, און זײי האָבען איהם געזאָגט, אַז איך מאַך דעם אײַנדרוק פֿון אַ גאַנץ עהרליכען יונגען מאַן. זײי האָבען איהם געראָטען צו באַדינגען זיך צוזאַמען מיט מיר. דער איצטיגער דר. ראיעװוסקי 43דערצעהלט װוי ער האָט מיט מיר גערעדט און װוי זײַן אײַנדרוק װועגען מיר האָט זיך געענדערט צום גוטען.

ט. שאַמראַיעװוסקי (דר. ראיעװוסקי), 1882
ט. שאַמראַיעװוסקי (דר. ראיעװוסקי). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין ניו יאָרק, אין דזשולײַ, 1882.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 42–43)

װוייטער דערצעהלט ער װוי שפּעטער, זיצענדיג אין װואַגאָן, שױין אױפֿ'ן װועג צום גרענעץ, האָט ער מקנא געװוען דעם יונגען ברױידאַ װואָס איך האָב דעק איהם אַלע װוײלע צו, עס זאָל איהם ניט זײַן קאַלט, און גיב אַכטונג אױיף איהם װוי אַ מוטער אױיף אַ קינד. ער שרײַבט, אַז ער האָט זיך געװואונשען צו האָבען אימיצען װואָס זאָל אױף איהם אױיך אַזױ אַכטונג געבען.

װועגען דער װואָוינונג פֿון דעם געלען קאָנטראַבאַנדשטשיק, שרײַבט דר. ראיעװוסקי, אַז אױף איהם האָט זי געמאַכט דעם אײַנדרוק װוי אײַנע פֿון די געהײמניספֿולע הײלען אין די ראָמאַנען פֿון גאַבבאַריא.

װוען מיר האָבען זיך דערנאָך באַגעגענט אױפֿ'ן גאַס אין בראָד, שױין אַלס אינטעליגענטען, האָט ער אױף מיר װוידער געהאַט אַ חשד. און װוען ער האָט דערהערט װוי איך רײד רוסיש, האָט דאָס איהם באַשטעטיגט, אַז כ'האָב פֿריהער געשפּילט אַ פֿאַלשע ראָלע: אפֿשר טאַקי אַ שפּיאָן, װואָס איז געקומען נאָכקוקען רוסישע רעװואָלוציאָנערען צװוישען די עמיגראַנטען?

5
מײַנע איבערצײַגונגען.

איך בין באַקאַנט געװואָרען מיט פֿאַרשידענע „עם-עולם'ניקעס" און מיט עמיגראַנטען פֿון אַנדערע גרופּען (שאַמראַיעװוסקי און ספּיװואַקאָװסקי זײַנען צוגעשטאַנען צו דעם „קיעװוער עם-עולם"). כּמעט אַלע זײַנען זײי געװוען פֿון דרום רוסלאַנד. ליטװואַקעס זײַנען געװוען זעהר װוייניג. איך האָב זיך שױין אָבער גענומען פֿיהלען היימישער צװוישען די „יוזשאַנעס" (דרום'ניקעס), און איך האָב דעבאַטירט מיט זײי טאָג און נאַכט.

װוען עס איז אַריבער מײַן שעמעװודיגקײט, האָב איך אַרױיסגעװויזען אַזױ פֿיל לעבען און טעמפּעראַמענט, אַז איך בין געװואָרען אַ „גאַנצער קנאַקער", הױיפּטזעכליך אין אַ געװויסער גרופּע. אײַן מאָל זאָגט צו מיר אַן אינטעליגענט (פֿון אָדעס דאַכט זיך):

44— איך האָב געמײנט אַז איהר קענט קײן צװוײי ניט צעהלען.

איך האָב גאָר ניט געװואוסט, אַז איהר זײַט אַזאַ לעבעדיגער יונג און אַזאַ פֿײַערדיגער דעבאַטאַנט.

עס האָט זיך בײַ מיר אױיסגעאַרבײט אַן אײַגענאַרטיגע פּראָגראַם, װועלכע איז מיר אַלײן ניט געװוען דײַטליך.

עס איז ניט געװוען דאָס װואָס איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט לױט בעלקין'ס באַשרײַבונג; עס איז אָבער דאָך געװוען שעהן. מיר װועלען גרינדען קאָלאָניעס, מיר װועלען לעבען ניט עגאָאיסטיש, נאָר אין די אינטערעסען פֿון דער מענשהײט (אַנדערע האָבען גערעדט װועגען דעם אידישען פֿאָלק. איך אָבער האָב נאָר גערעדט װועגען דער מענשהײט). אַז מיר װועלען האָבען קאָלאָניעס, װועגען דעם איז בײַ קײנעם קײן צװוייפֿעל ניט געװוען.

קײן באַשטימטען באַגריף האָב איך דאַן ניט געהאַט אפֿילו װועגען דעם סאָציאַליזם גופֿא. אַלץ, אין װואָס איך בין װוירקליך געװוען איבערצײַגט, איז אַז מען דאַרף פֿאַרניכטען די מאַכט פֿון פּריװואַט אײגענטום, פֿון טראָהנען און פֿון רעליגיע. איך האָב פֿאַרשטאַנען קאַרל מאַרס'עס ערקלעהרונג, אַז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם גײט צו איהר זעלבסט-פֿאַרניכטונג. דאָס איז אָבער געװוען אַ ריין טעאָרעטישער סאָרט פֿאַרשטעהן. קײן פּראַקטישע באַדײַטונג האָט דאָס פֿאַר מיר ניט געהאַט.

פֿון דעם זשורנאַל „װופּעריאָד" און פֿון די צײַטונגען „טשאַרני פּערעדיעל" און „נאַראָדנאַיא װואָליא" בין איך געװוען באַקאַנט מיט די צװוײי רעװואָלוציאָנערע פּאַרטײען און מיט זײיערע דעבאַטען װועגען אַנאַרכיזם און סאָציאַליזם; אָבער װועגען די פּראַקטישע זײַטען פֿון דעם סאָציאַליזם און פֿון זײַנע פּאָליטישע פּראָגראַמען האָב איך געװואוסט װוייניג.

דער סוף איז געװוען, אַז איך האָב זיך פֿאַרשריבען אין דעם באַלטער „עם-עולם". אי די אַנדערע מיטגלידער זײַנען ניט קײן סאָציאַליסטען? װועל איך זײי „פֿאַנאַנדער-פּראָפּאַגאַנדירען"!

אײַנמאָל, אין אַ דעבאַטע מיט אַ פּאָר פֿון די מיטגלידער, האָב איך זיך צוהיצט:

— איהר זײַט אַ קאָנסערװואַטאָר — האָב איך געזאָגט צו 45אײַנעם פֿון זײי — איהר אַרט ניט װואָס די האָרעװוען און שאַפֿען אַלץ װוערען באַרױיבט און אונטערדריקט.

— טאַ װוארום פֿאָהרט איהר מיט אונז? — האָט יענער געפֿרעגט מיט אַ גיפֿטיגען שמײכעל.

— איך װועל אײַך פֿאַנאַנדער-פּראָפּאַגאַנדירען! — האָב איך אָפּגעענטפֿערט מיט שטאָלץ. — איך װועל האָבען אַ דאָפּעלטע אַרבײט: איך װועל אַרבײַטען אין פֿעלד מיט אַלעמען צוגלײַך און אין די פֿרײיע שטונדען װועל איך לערנען מיט אײַך.

— מען בעט אײַך ניט! װוער דאַרף אײַך? — האָט יענער אױיסגעשאַסען.

מײַנע טאַקטלאָזע װוערטער האָבען געמאַכט אַ שלעכטען אײַנדרוק. עס איז אָבער גיך פֿאַרגלעט געװואָרען. מײַנע באַציהונגען מיט דעם באַלטער קרוזשאָק זײַנען געװוען זעהר גוטע. זײי האָבען זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען װוי צו אַן אײַגענעם, און האָבען מיר אַרױיסגעװוייזען רעספּעקט.

פֿון דערהיים האָב איך באַקומען די סומע געלט װואָס איז מיר נױטיג געװוען — אַרום הונדערט דאָלאַר. פֿון דעם האָב איך צװוײי-דריטעל אַרײַנגעטראָגען אין דער קאַסע פֿון דעם באַלטער קרוזשאָק, און דאָס האָט באַזאָרגט מײַן רײַזע ביז ניו יאָרק. איך האָב מיט אונגעדולד געװואַרט אױיף דעם טאָג, װוען מיר װועלען זיך זעצען אױפֿ'ן צוג.

6
חתונות.

װוארטענדיג אין בראָד, האָט אַ היבשע צאָהל עמיגראַנטען חתונה געהאַט — דאָס רוב פֿון זײי מיט בראָדער מײדלער. צװוישען אונזערע װואַנדערער איז געװוען פֿאַרשפּרײט אַ מײנונג, אַז די גאַליציאַנער פֿרױיען זײַנען זעהר שעהנע. און אַזױ װוי כּמעט אין יעדער גאַליציאַנער הױיז זײַנען אײַנגעשטאַנען עמיגראַנטען, זײַנען ראָמאַנען צװוישען רוסישע יונגע לײַט און די טעכטער פֿון בראָדער אידען, געװואַקסען װוי שװועמלאַך.

46די גאַליציאַנער עלטערן, מײסטענס ניט קײן רײַכע אידען, האָבען דערװוייל געהאַט אַ געלעגענהײט חתונה צו מאַכען זײיערע טעכטער. און אַזא שדוך האָט זיך גערעכענט פֿאַר אַ תּכלית. די פֿאָר-פּאָלק װועט פֿאָהרען אין דעם לאַנד פֿון גאָלד, און װועט אפֿשר דערנאָך אַריבערנעהמען די גאַנצע פֿאַמיליע... אונזערע יונגע לײַט, פֿון זײיער זײַט, האָבען זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אין די קאָלאָניעס, װואָס זײי װועלען גרינדען, װועט מיט אַ פֿרױי זײַן בעסער צו פֿיהרען די בעל-הבתּישקײט. קורץ, עס איז געװואָרען אַ מין מגפֿה אױיף חתונה האָבען. הײַנט באַקאַנט געװואָרען, מאָרגען חתונה געהאַט.

װוען איך דערמאָן זיך אָן די טעג, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בראָד, זעה איך אימער פֿאַר די אױיגען די פֿאָלגענדע סצענע: שבת-צו-נאַכט, אונגעפֿעהר צװוײי װואָכען נאָכדעם װוי איך בין אַהין געקומען, אױף אַ פֿאַרװוייסטער גאַס, װואו אַלע הײַזער זײַנען אָפּגעברענט געװואָרען, טאַנצט מען און מען האוליעט. קלעזמער שפּילען. איך שפּאַציר אַרום מיט אַ צװוייטען עמיגראַנט.

מיר פֿרעגען װואָס דאָס טאַנצען באַדײַט, און מען ענטפֿערט:

— מ'האָט חתונה.

— אױיפֿ'ן גאַס פּראַװועט מען אַ חתונה?

— יאָ, אױיפֿ'ן גאַס.

אַ פּאָר פֿידלער שפּילען אױיף דרײַי חתונות מיט אַמאָל. אײַן חתונה איז אױיף אײן זײַט גאַס, די אַנדערע איבער דער אַנדערער זײַט גאַס און די דריטע איבער אַ חורבה לעבען דער צװוייטער. די מוזיקאַנטען שטעהען אין מיטען גאַס און אַרבײַטען מיט אַלע כּחות. אַביסעל װוייטער איז װוידער דאָס זעלבע.

מיר געהען, מיר קוקען. אין אײן אָרט דערזעה איך אַן עמיגראַנט, מיט װועלכען איך בין אַביסעל באַקאַנט. ער טאַנצט דאָ מיט דער, דאָ מיט יענער, אַ לוסטיגער, אַ פֿאַרסאָפּעטער. איך שטעל איהם אָפּ.

— װואָס איז מיט אײַך די שׂמחה? — פֿרעג איך.

— איך האָב חתונה! — ענטפֿערט ער.

ער גיט מיר אַ שלעפּ און שטעלט מיך פֿאָר פֿאַר זײַן כּלה 47(אַ שעהנע מײדעל), און דאַן גיט ער מיך אַ כאַפּ און שלעפּט מיך אױיך טאַנצען.

די עמיגראַנטען זײַנען מײסטענס געװוען מענשען, װואָס זײַנען פֿריהער קײנמאָל ניט אַרױיסגעפֿאָהרען פֿון דערהיים. בענקעניש און עלענד האָט געגרײזשעט די נשמה. מען האָט געדורשט נאָך אַ אינטימען חבר, פֿאַר װועמען אױיסצוגיסען דאָס האַרץ.

אַזא געמיט איז אַ פּראָדוקטבאַרע פֿעלד פֿאַר די בלומען פֿון ליבע. נאָך אַן אורזאַכע: מען איז געװוען אָפּגעריסען פֿון קרובים און פֿרײַנד, און דאָס הײסט, אַז מען איז געװוען פֿרײַ פֿון די אײַזערנע כּללים, װועלכע רינגלען אַרום אַ שדוך. אַלץ האָט זיך איבערגעדרעהט און איז אױיסגעמישט געװואָרען. אַ הפֿקר-װועלט!

צי מען האָט זיך אין אמת'ן פֿאַרליבט, צי מען האָט געמײינט אַז מ'איז פֿאַרליבט — מען האָט ניט געפֿרעגט קײן קשיות און חתונה געהאַט.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 41] אין אַ יובילעאום-שריפֿט, װועלכער איז אַרױיסגעגעבען געװואָרען צו דעם 50-יאָהריגען געבורטס-טאָג פֿון דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון דיזען װוערק.