48ענדליך, אין אַ שבת-צו-נאַכט, האָב איך מיט מײַנע חברים פֿון'ם באַלטער קרוזשאַק אָנגעהויבען די רײַזע. איך האָב אין בראָד פֿאַרבראַכט דרײַ װאָכען. אַנדערע עמיגראַנטען האָבען דאָרטען אָפּגעװוארט צו עטליכע מאָנאַט.
— עס לעבע דער באַלטער עם עולם! — האָט מען געשריען.
— אַ גליקליכע רײַזע און אַ גליקליכע צוקונפֿט! עס לעבע די אמעריקאַנישע רעפּובליק!
מעהר פֿון אַלץ האָט מען באַגריסט „די רעפּובליק", אָדער „די פֿרײַהײט". פֿאַר רוסישע אונטערטאַנען זײַנען דאָס געװוען צויבערליכע װוערטער. מען האָט זיך געקוויקט מיט זײיער קלאַנג.
איך געדענק דעם אױסדרוק אױיף דעם געזיכט פֿון אַ יונגען מאַן, װואָס האָט דער לעצטער מיט מיר זיך געזעגענט דורכ'ן פֿענסטערל פֿון מײַן װואַגאָן. פֿריהער האָבען מיר זיך געהאַלטען פֿון װוייטען. ער איז געװוען אַ פֿראַנט און אַ פּוסטער בעל-גאוה, און פֿלעגט אימער איבערקרימען די ליטװואַקעס. אײַנמאָל בין איך אָנגעקומען אױיף אַ געשפּרעך, אין װועלכען ער האָט גערעדט מיט פֿאַראַכטונג װועגען אונז. איך האָב גענומען דאָס װואָרט, איך האָב חוזק געמאַכט פֿון זײַן נאַרישער גרױיסקייט-בײַ-זיך און אַרױיסגעשטעלט זײַן אונװויסענהייט און שמאָל-זיניגקייט. די צוהערער זײַנען געװוען װואָהלינער. זײי האָבען מיר אָבער אַפּלאָדירט. פֿון דאַמאָלסט אָן האָט ער מיך 49אױסגעװוייכט. איצט אָבער איז ער צוגעקומען זיך זעגענען מיט מיר.
— אַל דאָס גוטס צו אײַך! עס לעבע דער באַלטער עם עולם! — האָט ער געשריען אױיף רוסיש. — גליק צו אײַער קאָלאָניע!
מיר האָבען זיך שטאַרק געדריקט די הענט. זײַנע צו-װואונשונגען האָבען אױיף מיר געמאַכט דעם שטאַרקסטען אײַנדרוק.
מיר זײַנען אַלע געפֿאָהרען מיט'ן דריטען קלאַס. אין מײַן װואַגאָן האָבען זיך געפֿונען עטליכע פֿון די יונגע פּאָרלעך — רוסישע עמיגראַנטען מיט זײיערע גאַליצישע װוייבלעך. עס זײַנען פֿאָרגעקומען „האָניג-מאָנאַט" סצענעס.
דער צוג איז געגאַנגען לאַנגזאַם. עס האָט געדויערט אַ גאַנצע נאַכט אײדער מיר האָבען דערגרייכט לעמבערג.
אין לעמבערג האָט אונז ערװוארט אַ קאָמיטעט פֿון דאָרטיגע בעלי-בתּים. מען האָט אונז מכבד געװוען מיט טהיי און מיט זעמעל. שפּעטער — מיט זופּ און מיט פֿלייש. אַ גאַנצען טאָג זײַנען מיר דאָרטען געשטאַנען, און פֿילע פֿון אונז האָבען זיך אַראָפּגעכאַפּט אין שטאָדט. דער מיטעל-פּונקט פֿון לעמבערג מיט די גרינע לאָנקעס פֿון אַ קלײנעם פּאַרק, איז געװוען אַנגענעהם צו זעהן. לינקס פֿון דאָרטען פֿאַנגט זיך אָן דער אידישער קװוארטאָל; האָב איך זיך אַװועקגעלאָזען אַהין.
— עס זעהט אױיס פּונקט װוי װילנא! — האָב איך געזאָגט צו מײַן באַגלייטער. און ער — איך געדענק ניט װוער דאָס איז געװוען — האָט אָפּגעענטפֿערט מיט אונגעדולד:
— אַלץ זעהט איהם נאָר אױיס װוי װילנא! גלײַך סײַן אַנדער שטאָדט איז גאָר אױיף דער װועלט ניטאָ.
אין דעם קלײנעם פּאַרק האָט אונז דערנאָך באַגעגענט אַ יונגער מאַן, װועלכער האָט געטראָגען אַ װוייכען שװוארצען הוט מיט אַ זעהר ברײיטען ראַנד, און האָט געהאַלטען אַ „טרובקע" בײַם אױער. ער איז געװוען טויב. ער האָט זיך פֿאַר אונז פֿאָרגעשטעלט אַלס װואַלטער, אײַנער פֿון די גרינדער פֿון דעם קיעװוער „עם עולם". 50ער אַלײן האָט פֿון קיעװו געמוזט אָפּפֿאָהרען צוליב רעװואָלוציאָנערע פֿאַרבינדונגען.
צוריק צו אונזער צוג זײַנען מיר געפֿאָהרען אױיפֿ'ן פֿערד-באַהן. און עד-היום קלינגט אין מײַנע אױיערען די פֿײַפֿעל, מיט װועלכער דער קאָנדוקטאָר האָט געגעבען זײַנע סיגנאַלען; און עד-היום זעה איך די בלישטשענדע מעשענע הענטעל פֿון דעם שרויף, מיט װועלכען דער פֿורמאַן האָט קאָנטראָלירט די פֿערד. דער טראַמװוײי װואַגאָן איז געװוען אַ שפּאָגעל נײַער.
אין קראַקאַו זײַנען מיר אָנגעקומען אױיף מאָרגען, און װוידער האָט אונז אױיפֿגענומען אַ קאָמיטעט. מען האָט אונז מכבד געװוען מיט טהיי און מיט זעמעל. דעם לעמבערגער קאָמיטעט געדענק איך פֿערזענליך גאָרניט; פֿון דעם קראַקאַװוער קאָמיטעט געדענק איך אײן אידען: אַ דיקער בײַכעלדיקער חסיד מיט אַ שעהנעם, גוטען, מיידעלשען פּנים, מיט געגרייזעלטע פּאות. מיט די ברעגעס פֿון זײַן לאַנגער קאַפּאָטע אַרײַנגעשטעקט אין זײַן גאַרטעל, האָט ער אַרום אונז אַרומגעהאַװועט אין דער ראָלע פֿון אַ סאַרװוער.
מיט אַ װואָך פֿריהער איז דורך לעמבערג און קראַקאַו דורכגעפֿאָהרען דער „קיעװוער עם-עולם". ער איז געװוען אַ סך גרעסער װוי דער באַלטער קרוזשאַק, און מיט איהם האָט מען געמאַכט אַ סך מעהר פּאַראַד װוי מיט אונז. אײַנצעלהייטען פֿון זײַן רײַזע האָב איך געהערט טיילװוייז איצט, װוען מיר זײַנען דורכגעפֿאָהרען דורך די זעלבע פּלעצער, און טיילװוייז שפּעטער, אין ניו יאָרק, פֿון די עם-עולם'ניקעס גופֿא.
דער קיעװוער „עם עולם" האָט מיט זיך געפֿיהרט אַ ספֿר-תּורה — ניט אַלס אַ רעליגיעזע הייליגטום, נאָר אַלס אַ נאַציאָנאַלען פֿאָהן. װוען די פּאַרטי האָט זיך אָפּגעשטעלט אױיף אַ פּלאַץ, האָט זי די ספֿר-תּורה אַרױיסגעטראָגען, טאַקע װוי אַ פֿאָהן.
דער קיעװוער „עם עולם" האָט זיך געלאָזט הערען איבער גאַנץ אײראָפּאַ. אומעטום האָט מען איהם אױיפֿגענומען מיט פּאַראַד, און אין לעמבערג און אין קראַקאַו — מיט רעדעס און מיט מתּנות. אין לעמבערג איז ער פֿאַרבליבען איבער אַ 51װאָך צייט. די פֿיהרער פֿון דער קאָמיטע זײַנען דאָרטען געװוען צוויי יונגע לײט פֿון דער העכסטער אינטעליגענץ, דיאַמאַנט און נאַססיג. זײי האָבען געװויזען אונערמידליכע גאַסטפֿריינדליכקייט צו די געסט, הויפּטזעכליך צו די אינטעליגענטערע מיטגלידער פֿון דעם „עם עולם", יונגע לײט און מיידלעך, װועלכע זײַנען אײַנגעשטאַנען בײַ די אָנגעזעהענסטע בעלי-בתּים פֿון שטאָדט*.
אין קראַקאַו האָט זיך דאַן געפֿונען אַ קריסט, אַ פּאָליאַק, מיט'ן נאָמען אָנופּראָוויטש, וועלכער האָט גענומען אַ פֿריינדליכען אינטערעס אין דער אידישער עמיגראַציע. זײַן נאָמען איז אונז געװוען באַקאַנט נאָך פֿון רוסלאַנד, װואָרים ער האָט גוט געקענט רוסיש און ער איז געװוען דער קראַקאָוער קאָרעספּאָנדענט פֿון דעם רוסיש-אידישען װואָכענבלאַט „רוסקי יעוורעי". דעם „קיעװוער עם-עולם" איז ער געקומען מקבל פּנים זײַן אױיפֿ'ן באַהן, און אַלס מתּנה האָט ער זײי געבראַכט אַ רײַך-געבונדענעם בוך: קאַרלס מאַרקס' „קאַפּיטאַל" אין אַ פֿראַנצויזישער איבערזעצונג.
װוייטער האָבען מיר זיך אָפּגעשטעלט אין ברעסלאַו, דייטשלאַנד. דאָרטען איז צו אונז אױיך געקומען אַ קאָמיטעט, אָבער שוין גאָר פֿון אַנאַנדער סאָרט. די מיטגלידער זײַנען געװוען דייטשע אידען, שעהן געקליידעטע, אױיפֿ'ן אײראָפּעאישען שטייגער, און ראַזירט. זײי האָבען אונז מכבד געװוען מיט אַ גוטען מיטאָג.
מיר האָבען געהאַט אַ פֿאָר שטונדען צײַט, בין איך אַרויסגעלאָפֿען באַקוקען די שטאָדט, און דאָ האָב איך צום 52ערשטען מאָל באַמערקט דעם אונטערשיד פֿון אַ הויך-ציוויליזירטע לאַנד און אַזא לאַנד װוי רוסלאַנד. איך האָב באַװואונדערט די ציכטיגקייט און אױיסגעפּוצטקייט פֿון אַלעמען און אַלעס. איך בין ערשטוינט געװואָרען.
אין פּעטערסבורג האָב איך אױיף די װויכטיגסטע גאַסען געזעהן אַ סך מענשען װואָס האָבען געטראָגען גראָבע שטיוועל און קיינע קראַגענס און האַלזטיכער. דאָ איז יעדער געגאַנגען געקליידט װוי אַ פּריץ — אַזא איינדרוק האָב איך באַקומען.
פֿון ברעסלאַו זײַנען מיר געפֿאָהרען קיין בערלין. דאָרטען האָט אונז װוידער מקבל פּנים געװוען אַ קאָמיטעט. צווישען די רייכע מיטגלידער איז געװוען אַ באַנקיר, אַ ברונעט, מיט'ן נאָמען מאַגנום. ער האָט מאַשביר'ן געגעבען עטליכע גאָלדענע מטבעות אױיף צו קויפֿען ביכער פֿאַר דעם קרוזשאַק, צו לערנען זיך ענגליש.
קיין סך צייט האָבען מיר דאָ ניט געהאַט. איך האָב נאָר באַספּייעט אַ קוק צו טאָן אױיף אַ פּאָר גאַסען, ניט פֿון די װויכטיגסטע.
פֿון בערלין איז אונזער צוג אַװועק קיין האַמבורג, און דאָרטען זײַנען מיר פֿון װואָקזאַל גלייך געגאַנגען צו דער שיף, װואָס האָט אונז געדאַרפֿט דערפֿיהרען ביז ענגלאַנד. מיר זײַנען אָנגעקומען בײַ נאַכט, און מען האָט אונז געפֿיהרט דורך ענגע, שמוציגע האַפֿען-געסלעך — דאָס איז אַלץ װואָס מיר האָבען געקענט זעהן פֿון דער שעהנער שטאָדט האַמבורג.
אױיף דער שיף האָט אונזער קאָמפּאַניע, מיט װויניג אױיסנאהמען, געליטען פֿון ים-קראַנקהייט. איך בין געװוען איינער פֿון דער קליינער מינאָריטעט. אױיף די ליידענדע איז געװוען שרעקליך צו קוקען. איך האָב אַזא סצענע נאָך קיינמאָל ניט געזעהן. דער ים האָט מיך ענטוישט. פֿון אַלץ, װואָס איך האָב געלעזען װועגען איהם, האָב איך זיך איהם פֿאָרגעשטעלט 53אַלס עפּעס מאַיעסטעטישעס, װואונדער-שעהנעס; און דאָ שאַפֿט ער גאָר אַזעלכע שוידערליכע סצענעס!
דער הימעל איז געװוען פֿאַרכמאַרעט און אַלץ האָט אױיסגעזעהען גרוי, אין אַ טומאַן איינגעהילט. װועגען שעהנקייט האָט קיין רייד ניט געקענט זיין. די כװואַליעס האָבען אױיף מיר געמאַכט אַן איינדרוק פֿון מיאוסע, ביזע באַשעפֿענישען, װוי „ניט-גוטע".
מיר זײַנען פֿון שיף אַראָפּ אין כּלל, אַ האַפֿען-שטאָדט אױיף דעם מזרח-ברעג פֿון ענגלאַנד. דאָרטען זײַנען מיר געשטאַנען נאָר בײַ אַ שטונדע. אַלץ װואָס איך געדענק פֿון יענער שטונדע איז װוי איך און נאָך אַ פּאָר עמיגראַנטען זײַנען אַריין עפּעס קויפֿען אין אַ קראָם. דער קרעמער איז געװוען אַ דייטשער איד. און ער האָט צו אונז געזאָגט: „אין אַ פּאָר יאָהר אַרום װועט איהר זיין גלענצענדע אַמעריקאַנער קויפֿלייטע".
פֿון כּלל האָבען מיר מיט'ן באַהן דורכגעשניטען די גאַנצע ברייט פֿון ענגלאַנד. מיר זײַנען געקומען קיין ליווערפּול.
בראָד האָט אױיף מיר געמאַכט אַ משונה'דיגען איינדרוק; דאָס זעלבע איז געװוען מיט ליווערפּול, נאָר אױיף אַנאַנדער שטייגער.
אַ מאָדערנע שטאָדט, אַ גרויסע, אַ רייכע, אַ קאָכיגע; און דאָך האָט זיך מיר כּמעט ניט געגלויבט, אַז איך בין אין אײראָפּא. לעמבערג, קראַקאָו, ברעסלאַו, בערלין, פּעטערסבורג, וויטעבסק, ווילנא — יעדע פֿון זײי איז אַנדערש װוי די איבעריגע. אָבער אין פֿאַרגלייך מיט ליווערפּול זײַנען זײי אַלע געװוען די זעלבע. ליווערפּול איז געװוען גאַנץ אַנדערש. כּמעט אַלץ, װואָס איך האָב דאָ דערזעהן, איז געװוען ניט װוי דאָרטען. װואו 54איך האָב זיך נאָר געגעבען אַ קער, האָב איך אױיסגעשטעלט די אױיגען מיט פֿאַרװואונדערונג.
אַן איבעראַשענדע נײַעס זײַנען פֿאַר מיר געװוען די בײיסיקלס (װועלאָסיפּעדען). אױיסער ענגלאַנד האָט מען דאָס נאָך דאַן אין אײראָפּא ניט געזעהן. די דאַמאָלסדיגע בײיסיקלס זײַנען געװוען אַ סך גרעסער װוי די היינטיגע — איין זעהר גרויסע ראָד און איין קליינטשיקע. דער רײַטער פֿלעגט רײַטען אױיף דער גרויסער, אינדערהויך. פֿון װוייטען האָט עס אױיסגעזעהן, אַז ער שטעהט אין דער לופֿטען און אַזױי טראָגט ער זיך.
היינט די „איזװואָשטשיקעס"! אַ דראָזשקע, װואָס האָט נאָר צוויי רעדער, ביידע משונה'דיג גרויסע! און דער קוטשער זיצט אױיף אַ הויכען, הויכען שטול, און ניט פֿון פֿאָרענט, נאָר הינטער דער דראָזשקע; די לייצעס ציהען זיך איבער דער דראָזשקע'ס דאַך; אַז דער קוטשער װויל געבען די פֿערד אַ שמיץ, קומט ער צו זײי צו איבער'ן דאַך, מיט אַ לאַנגען בײיטש. דיזע „הענסאָם קעבס" זעהט מען אין ענגלאַנד נאָך היינט, און מיט עטליכע יאָהר צוריק האָט מען זײי געקענט זעהן אין ניו יאָרק אױיך. אין אַנדערע לענדער אָבער האָט מען זײי קיינמאָל ניט געברויכט.
פֿון די פֿילע אַנדערע זאַכען, װואָס האָבען אונז איבעראַראשט, געדענק איך די „בוט-בלעקס" (אָרימע אינגלעך, װואָס פּוצען שיך אין מיטען טראָטואַר). איך האָב װועגען די דאָזיגע שטיווועל-פּוצערס געלעזען אין װואָדאָוואָזאָוואָ'ס „דאָס לעבען פֿון אײראָפּעאישע פֿעלקער". אָבער לעזען איז איין זאַך, און זעהן מיט די אױיגען איז אַנאַנדער זאַך.
גע'חידוש'ט האָבען מיר זיך אױיך אױיף די ליווערפּולער װואָקזאַלען. מיר פֿלעגען שטעהן און קוקען װוי צוגען קומען אָן און געהען אַװועק. פֿון העלער הויט שװועבט אַריין אַ לאַנגער, לאַנגער „פּאָיעזד", אָהן הכּנות, אָהן געפֿילדער. דאָס זעלבע איז מיט דעם צוג, װואָס דאַרף אַװועקגעהען. אָט שטעהט ער, און אָט װוערט ער ניט! אין רוסלאַנד, איידער עס געהט אָפּ אַ צוג, װוערט אַ קלינגעריי, אַ געלאף, אַ קושעריי און אַ געװויין; און 55זשאַנדאַרען מיט באַקען-בערד, מיט גרויסע װואָנצעס, שפּאַצירען אַרום מיט „סטראַשנע" טריט, קלינגענדיג מיט זייערע שפּאָרען. און דאָ געהט אַ צוג אָפּ אָהן שום ליארם, אָהן צערעמאָניעס, אַזױי װוי ניט אים מיינט מען דאָס.
פֿאַרשידענע אַנדערע זאַכען האָבען מיך פֿאַרװואונדערט. אפֿשר האָט דער אונבאַקאַנטער קלאַנג פֿון דער ענגלישער שפּראַך אין דיזע משונה'דיגע איינדריקע אַ חלק געהאַט, דערבײַ אָבער האָבען מיר געפֿיהלט סמנים פֿון פֿרייהייט, נאָך מעהר װוי אין עסטרייך.
אַלס רעזולטאַט האָט זיך בײַ מיר אין קאָפּ צוזאַמענגעשטעלט אַ באַגריף, אַז אַ לאַנד װואָס געניסט מעהר אָדער װוייניגער פֿרייהייט, קאָן גאָרניט אױיסזעהען װוי רוסלאַנד, אָדער דייטשלאַנד. און אַזױי װוי אַמעריקא איז נאָך פֿרייער װוי ענגלאַנד (אַזױי האָבען מיר דאַן געמיינט), און די שפּראַך איז דאָרטען אױיך ענגליש, זײַנען די זאָנדערבאַרקייטען פֿון ליווערפּול מיר פֿאָרגעקומען װוי אַ מוסטער פֿון דעם לאַנד, אין װועלכען איך פֿאָהר זיך באַזעצען.
אױיף אונזער שיף האָבען מיר געהאַט צו װואַרטען איבער אַ װואָך צייט.
די ביכער, װואָס מען האָט געקויפֿט פֿאַר מאַגנום'עס מתּנה, זײַנען געװוען „זעלבסט-לעהרערס" פֿון דער ענגלישער שפּראַך פֿאַר דייטשען. איך האָב אָבער געװואָלט האָבען אַ לעהר-בוך פֿאַר רוסען, און אױיך אַ װוערטערבוך פֿון ענגליש אױיף רוסיש און פֿון רוסיש אױיף ענגליש. און גלייך דעם ערשטען טאָג בין איך אַװועק זוכען אַ בוך-קראָם. איך האָב זיך אַרומגעשלעפּט אַ פֿאָר שטונדען איבער די גאַסען און געמאַטערט זיך צו פֿרעגען װואו עס געפֿינט זיך אַ בוך-קראָם. אַזױי װוי ענגליש האָב איך ניט געװואוסט קיין איינציג װואָרט, האָב איך געפּרובט ריידען דייטש און פֿראַנצויזיש. איך האָב געשאָטען אַלע פֿראַנצויזישע װוערטער װועגען ביכער, װועלכע איך האָב זיך געקענט דערמאָנען (אין ווילנא האָב איך דאָך גענומען אוראָקסען אױיף פֿראַנצויזיש און אין 56וועליזש האָב איך אים פֿאָרטגעזעצט צו לערנען פֿראַנצויזיש פֿאַר זיך).
איך האָב געמאַכט מיט די הענט, מיט די אױיגען, געשריען, געזיפֿצט פֿאַרצווייפֿעלט, און כאָטש שרײַ צו גאָט! קיינער האָט מיך ניט פֿאַרשטאַנען. אָבער די געדולד און די פֿריינדליכקייט, מיט װועלכער יעדער האָט מיך אױיסגעהערט, האָט אױיף מיר געמאַכט אַן איינדרוק, אַז ענגלענדער זײַנען דימענטענע מענשען. מסתּמא זײַנען די אַמעריקאַנער אױיך אַזױי, — האָב איך געטראַכט.
פֿון האַמבורג ביז ליווערפּול איז מיט אונז מיטגעפֿאָהרען אַ איד פֿון קורלאַנד, אַ גוט-געקליידעטער, מיט געגאָלטע באַקען און מיט אַ שװוארצער „שפּאַניש בערדעלע". ער איז געפֿאָהרען װועגען געשעפֿט — אַזױי האָט ער אונז געזאָגט — און ער איז געװוען זיכער אַז ער קען ריידען ענגליש. איצט, זוכענדיג די בוך-קראָם, האָב איך איהם גראָד באַגעגענט. איך האָב זיך דערפֿרעהט. און ער האָט מיר טאַקע געװואָלט העלפֿען; אָבער זיין ענגליש האָבען די ענגלענדער פֿאַרשטאַנען ניט בעסער װוי מיין דייטש און פֿראַנצויזיש.
ענדליך האָב איך באַגעגענט אַן אַלטען מאַטראָז, װועלכער האָט געקענט אַביסעל רוסיש. אַזױי װוי משיח װואָלט פּלוצלונג פֿון אונטער דער ערד אױיסגעװואַקסען! דער מאַטראָז האָט מיך צוגעפֿיהרט צו אַ בוך-האַנדלונג.
דאָרטען האָב איך געקויפֿט אַ רוסיש-ענגלישען און ענגליש-רוסישען װוערטער-בוך (אין אַ בונד פֿון אַ בלישטשענדיג שװוארצען לעדער) און אַ רוסישען „זעלבסט-לעהרער" פֿון דער ענגלישער שפּראַך.
איך האָב זיך גענומען צוהערען װוי מען רעדט ענגליש. די שפּראַך איז מיר אױיסגעקומען אַזױי אוננאַטירליך, װוי די בײיסיקלס, די „הענסאָם-קעבס" און די „בוט-בלעקס". מיר האָט זיך געדאַכט, אַז בײַ די ענגלענדער זײַנען די מײַלער גאַנץ אַנדערש געבויט װוי בײַ אונז. די ליפּען זײַנען קיין ליפּען ניט, דער צונג קיין צונג ניט.
57איך געדענק װוי מאַשביר און איך זײַנען געגאַנגען זיך דורכרעדען מיט דעם ליווערפּולער עמיגראַנטען-קאָמיטעט. זײי האָבען זיך צו אונז געװוענדט דורך אַ דייטשען דאָלמעטשער; און בשעת זײי האָבען גערעדט, האָב איך זיך צוגעקוקט צו זייערע ליפּען און צינגער. איינעם פֿון דעם קאָמיטעט געדענק איך. ער איז געװוען אינגאַנצען געגאָלט און ער האָט געטראָגען גאָלדענע ברילען און אַ פֿיינעם האַלז-טוך. ניט קיין הויכער און גאָרניט קיין דאַרער איז ער געװוען. װוי אַ קניידעלע האָט ער אױיסגעזעהן. װוען ער האָט גערעדט, האָט זיך מיר געדוכט, אַז זײַנע װוערטער זײַנען צוהאַקט װוי מיט אַ האַק-מעסער אױיף קליינינקע פּיצעלעך, װועלכע שפּריצען אַרױיס פֿון זײַן מויל װוי פֿונקען פֿון אַ שמיד'ס קאָוואַדלע. אָט דעם משוגענעם לשון װועל איך דאָך דאַרפֿען לערנען! — האָב איך זיך געקלערט כּמעט מיט פֿאַרצווייפֿלונג.
היינט די ענגלענדער גופֿא! גוטע מענשען, אָבער זייער רוהיגקייט און געלאַסענקייט האָט מיך צייטענװוייז פֿון געדולד אַרויסגעבראַכט. אַזעלכע קאַלטע לונג-און-לעבערס האָב איך קיינמאָל ניט פֿאַרגעשטעלט. ליווערפּול האָט מיך אי געצויגען, אי אָפּגעשטויסען. און דאָס אַלץ האָב איך אָנגענומען פֿאַר אַ מוסטער פֿון אַמעריקא.
איך געדענק װוי מיר זײַנען געזעסען אױיף אונזער קװואַרטיר, עטליכע פֿון אונז, און צו אונז איז אַרײַנגעקומען דער באַלעבאָסטע'ס טאָכטער מיט אַ קינד אױיפֿ'ן האַנט. זי האָט אָנגעהויבען צו ריידען צו אונז; מיר האָבען, נאַטירליך, ניט פֿאַרשטאַנען קיין װואָרט. אַלץ װואָס מיר האָבען יאָ פֿאַרשטאַנען איז, אַז זי רעדט זעהר העפֿליך. יונג זײַנען מיר געװוען, האָבען מיר גענומען מאַכען שפּאַס. איך און נאָך אַ פּאָר האָבען צו איהר גערעדט אױיף רוסיש, און אונזערע מיטרייזענדע האָבען זיך געשטיקט פֿון געלעכטער. אָבער זי האָט ניט געלאַכט; זי האָט זיך אפֿילו ניט באַליידיגט; און אױיף אַלץ װואָס מיר האָבען צו איהר געזאָגט, האָט זי העפֿליך געענטפֿערט: „יעס, יעס".
58דרײַ טעג נאָכאַנאַנד האָבען מיר איהר ניט אױיפֿגעהערט איבערצוקרימען: „יעס, יעס".
עס איז ניטאָ אַן עמיגראַנט, װועלכער האָט די װוערטער „אײַס-קרים" ניט געלעזען „איצע קרעאם". מיט מיר האָט דאָס אױיך געטראָפֿען. דאָס איז אָבער געװוען ערשט שפּעטער. אין ליווערפּול האָב איך אױיף אַזא אופֿן געמאַכט שפּאַס פֿון אַנדערע ענגלישע סאינס. אייניגע װוערטער האָבען מיר איבערגעדרעהט אױיף אַן אונאַנשטענדיגען שטייגער.
איך האָב אָבער גענומען לערנען ענגליש גאַנץ ערנסט און טאַקע דאָרטען אין ליווערפּול. דאָס ביסעל פֿראַנצויזיש, װואָס איך האָב געקענט, איז מיר איצט צוניץ געקומען, הגם די פֿראַנצויזישע װוערטער, װועלכע די ענגלישע שפּראַך ענטהאַלט, װוערען אין איהר אױיסגעגערעדט גאַנץ אַנדערש װוי אין פֿראַנצויזיש. איך האָב זיך צוגעהערט צו אונזער בעל-הבית, צו זיין פֿרוי, צו זייער זוהן, צו זייער טאָכטער; איך האָב געפּרובט באַאָבאַכטען װוי אַזױי זײי ריידען אױיס די װוערטער.
אין דער ענגלישער אױיסשפּראַך איז צווישען פֿאַרשידענע געגענדען פֿאַראַן אַ גרויסער אונטערשיד. די מאַסען אין לאָנדאָן, צום ביישפּיל, פֿלאַנטערען דעם „ה", אַזױי װוי די אידען פֿון גראָדנא אָדער פֿון פֿילע שטעדט אין זיד-רוסלאַנד. מיינע בעלי-בתּים זײַנען מסתּמא געװוען לאָנדאָנער, װואָרים זייער „ה" האָט געפֿעלט דאָ װואו מען האָט איהם געדאַרפֿט, און ער פֿלעגט זיך באַװוייזען גראָד דאָרטען װואו מען האָט זיך אױיף איהם ניט גערעכט. אָבער אַז דאָס זײַנען גרייזען, האָב איך ניט געװואוסט. איך האָב זיך אױיפֿמערקזאַם צוגעהערט צו זייער אױיסשפּראַך, װוי װוייט איך האָב נאָר געקענט; און איך האָב זיך געמאַטערט זײי נאָכצוריידען מיט זייערע גרייזען מיט אַלעמען.
איך האָב געלערנט זאָגען „אאף" (האַלב) אַנשטאָט „האאף", אָדער „האסק" (פֿרעגען) אַנשטאָט „אסק". די אַמעריקאַנער האָבען ניט קיין צרות מיט די „ה"ען, און בײַ זײי איז דאָס גאָרניט „האאף", נאָר „העף". אָבער װועגען דעם שפּעטער.
59איינמאָל, געהענדיג איבער'ן גאַס, האָב איך דערזעהן אַ װוילנער יונגען מאַן, אַ געװוועזענעם גימנאַזיסט, מיט'ן נאָמען בראַז. אין דערהיים זײַנען מיר קוים געװוען באַקאַנט. דאָ אָבער האָבען מיר זיך אַרומגעכאַפּט װוי נאָהענטע פֿריינד. ער איז אױיך געפֿאָהרען קיין אַמעריקא, צו אַ מוהמע'ן. פֿון איהם האָב איך זיך דערװואוסט אַ נײַעס, װועלכע איז פֿאַר מיר געװוען אַ זעהר אַנגענעהמע איבעראַשונג: פֿון װוילנא איז קיין אַמעריקא אַרױיסגעפֿאָהרען אַ גרופּע אידישע רעװואָלוציאָנערען פֿון מיין קרוזשאָק. דער פֿיהרער פֿון דער גרופּע איז געװוען באָריס קאָספּע, דער עלטערער פֿון די צוויי ברידער, גימנאַזיסטען, װועמען איך פֿלעג אָפֿט באַזוכען.
און צווישען די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער גרופּע האָבען זיך געפֿונען מיינע חברים שואל באַדאַנעס און סאָלאָמאָן מענאַסקער, און נאָך אַ פּאָר גוטע באַקאַנטע. דער װוילנער יונגער מאַן האָט מיר אױיך מיטגעטיילט, אַז דער איינגערער קאָספּע װועט קומען עטליכע מאָנאַט שפּעטער, מיט אַ צוויייטער װוילנער גרופּע.
הייסט עס, אַז איך בין ניט דער איינציגער פֿון אונזער קרוזשאָק, װואָס איז צוגעשטאַנען צו די „אַמעריקאַנצעס". דאָס איז פֿאַר מיר געװוען אַ קװואַל פֿון מאָראַלישע צופֿרידענהייט. דער עיקר אָבער איז געװוען דער געדאַנק, אַז אין ניו יאָרק װועל איך געפֿינען חברים פֿון דערהיים. עלענד װועל איך שוין דאָרט ניט זיין.
ענדליך האָט מען אונז מיט דעם גאַנצען „באַלטער עם עולם" און אַ גרויסע צאָהל אַנדערע עמיגראַנטען אַװועקגעפֿיהרט צו דער שיף, װואָס האָט אונז געדאַרפֿט פֿיהרען קיין אַמעריקא. זי האָט געהייסען „דהי בריטיש קווין" (די בריטישע קעניגין). 60מיר זײַנען, נאַטירליך, געפֿאָהרען סטירעדזש (אין דריטען קלאַס).
מען האָט אונז געזאָגט, אַז מען מוז קויפֿען אַ סך ציטראָנען (לעמאָנס), האָב איך איינגעהאַנדעלט גאַנצע צוויי טוץ; אָבער אַזױי װוי איך האָב ניט געליטען פֿון ים-קראַנקהייט, האָב איך זײי קיינמאָל ניט אָנגעריהרט.
איינמאָל זעה איך אױיפֿ'ן „דעק" אַ יונגען-מאַנטשיקעל, װוי ער געהט פֿון פּאַסאַזשיר צו פּאַסאַזשיר און בעט זיך מען זאָל איהם געבען אַ „לימענע" פֿאַר זיין פֿרוי, װועלכע האָט שטאַרק געליטען. איך האָב איהם אַװועקגעגעבען אַלע פֿיער-און-צוואַנציג. זײי האָבען מיר ניט אױיפֿגעהערט צו דאַנקען. די װוייבעלע האָט מיר געזאָגט, אַז איך האָב איהר גערעטעוועט דעם לעבען*.
דעם קאַפּיטאַן האָבען מיר געזעהן זעלטען, און נאָר פֿון װוייטען. ער איז פֿאַר די סטירעדזש פּאַסאַזשירען געװוען אַ געהיימניספֿולע, מאַיעסטעטישע מאַכט. אַ װוירקליכע מאַכט, ניט קיין געהיימניספֿולע, איז איבער אונז געװוען דער סטירעדזש-סטוּואַרט. ער האָט אונז געשפּייזט און באַדינט און געקעניגט איבער אונז. ער איז אָבער ניט געװוען קיין בײיזער קעניג. די סטירעדזש פּאַסאַזשירען זײַנען געװוען אַזױי אָפּהענגיג אָן איהם, אַז זײי האָבען זיך געדאַכט, דאָס אין זיינע הענט ליגט זייער שיקזאָל, איבערהויפּט דער שיקזאָל פֿון די קראַנקע און הילפֿלאָזע.
די ניט-אינטעליגענטע רייזענדע האָבען געהערט, אַז מען רופֿט איהם „מיסטער", האָבען זײי געמיינט אַז דאָס איז זיין נאָמען. איך האָב זײי ערקלערט, אַז דאָס הייסט נאָר „הער", אָדער „גאָספּאָדין"; עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען. אפֿילו, װוען ער איז ניט געװוען דערבײַ, פֿלעגען זײי איהם אױיך רופֿען 61„מיסטער": „איך װועל זאָגען מיסטער'ן", אָדער „דער שװוארץ-יאָהר װוייסט איהם, מיסטער'ן".
דיזער „מיסטער" איז געװוען מיין ערשטער לעהרער אין דער ענגלישער שפּראַך. איך פֿלעג איהם אָנװוייזען אױיף אַ װואָרט אין מיין װוערטערבוך אָדער „זעלבסט-לעהרער", און ער פֿלעגט מיר װוייזען װוי מען דאַרף דאָס אױיסריידען. עס איז מיר ניט לייכט געװוען איהם נאָכצוזאָגען. װואָרים די ענגלישע תּנועות האָבען בײַ מיר געהאַט אַן אונבאַשטימטען קלאַנג, עפּעס גאָרניט װוי אין אַ מענשליכער שפּראַך. אַ „קמץ" איז קיין קמץ ניט, אַ „פּתח" קיין פּתח ניט. און „מיסטער'ס" אױיסשפּראַך האָט אפֿילו מיט מיין בוך אױיך ניט געשטימט. איך װוייז איהם אַ װואָרט, און װוען ער לעזט איהם איבער, קומט גאָר אַרױיס אַנאַנדער װואָרט — אַזױי האָט דאָס אױיסגעזעהען.
יעדעס מאָל פֿלעג איך ערשטוינט װוערען. איך פֿלעג אױיף שפּאַס זאָגען, אַז איך שרײַב אױיף „בנימין" און ער לעזט דאָס „יאַנקעל".
דאָך האָט מיסטער מיר פֿיל נוץ געבראַכט. די שיף איז געגאַנגען דרײַצעהן טעג, און יעדען טאָג האָב איך עפּעס געלערנט פֿון איהם.
װוען ער האָט געדאַרפֿט עפּעס זאָגען צו אַן עמיגראַנט, פֿלעגט ער איהם צופֿיהרען צו מיר און אױיפֿשרײַבען די װוערטער, און איך פֿלעג דעם פּשט אױיפֿזוכען אין מיין װוערטערבוך. דאַן פֿלעג איך ערקלעהרען דעם עמיגראַנט װואָס ער װויל. פֿאַרקעהרט, װוען אַן עמיגראַנט פֿלעגט עפּעס װועלען בעטען בײַ איהם, פֿלעג איך די װוערטער אױיסזוכען אין דער רוסיש-ענגלישער טייל פֿון מיין װוערטערבוך און דאָס איהם װוייזען*.
אין פֿאַרלויף פֿון אונזער רייזע אױיפֿ'ן שיף איז געװוען שבועות. דער יום-טוב איז אין מיין זכּרון פֿאַרבונדען מיט דעם 62געשטאַלט פֿון אַ געזונטען בלאָנדען יונג, אַן אָדעסער, מיט ברייטע פּלייצעס און מיט אַ געשאָרענער געלער בערדעל. געװוענהליך איז ער געװוען אַ לוסטיגער, און פֿון זיין מויל אָפֿט אַרויסגעקומען אונאַנשטענדיגע רייד. פּלוצלונג זעה איך װוי ער שטעהט מיט אַ סדור אין האַנט און דאַװוענט. איך האָב אױיך באַמערקט, אַז ער איז אױיסגעפּוצט. ער האָט געזעהן, אַז איך קוק אױיף איהם. װוען ער איז אױיסגעגאַנגען שמונה עשרה, האָט ער צו מיר געזאָגט מיט אַ סעריעזער מינע:
— גוט יום טוב! ס'איז דאָך שבועות. מ'איז דאָך אױיפֿ'ן װואַסער. אַלץ קען טרעפֿען....
דעם קאַפּיטאַן פֿון שיף געדענק איך ניט. זיינע אָפֿיצירען אױיך ניט. איך געדענק נאָר אַן אַלטען מאַטראָז, װועלכער פֿלעגט שטעהן אױיפֿ'ן בריק פֿון שיף און באַטראַכטען דעם װועטער; מיט דער אױיסערליכער זייט פֿון האַנט צוגעלעגט צום שטערן און מיט די אױיגען אָנגעשטעלט אױיף דער װוייטענס, פֿלעגט ער קוקען און קוקען. דאָס פֿלעגט מיך באַצויבערען. ער פֿלעגט קוקען אױיפֿ'ן הימעל און איך אױיף איהם. צעהן אָדער פֿופֿצעהן מינוט נאָכאַנאַנד פֿלעג איך שטעהן װוי אַ צוגעשמידטער, ניט אַראָפּלאָזען די אױיגען פֿון איהם. איך פֿלעג אָבער אַ סך מעהר קוקען אױיפֿ'ן ים.
װוען מען איז צוגעװואוינט געװואָרען צו דער טרייסלעניש פֿון דער שיף און צו דעם ריח פֿון דעם דריטען קלאַס — צו דעם פֿאַרשטיקטען, געזאַלצענעם, שרעקליכען ריח פֿון דעם קעלער, װואָס מען האָט גערופֿען „סטירעדזש"; און װוען די קראַנקע זײַנען געזונט געװואָרען, און זײי זײַנען אַרױיסגעקראָכען פֿון די פֿלאַכע הילצערנע קעסטלעך, װועלכע מען האָט גערופֿען בעטען, — פֿלעגט דער עולם גאַנצענע טעג זיצען אױיפֿ'ן „דעק".
ס'פֿלעגט מיר ניט מיאוס װוערען צו קוקען אױיף די כװואַליעס און אױיף דעם ענדלאָזען שטח װואַסער אין אַלגעמיין. שטונדען-װוייז פֿלעג איך שטעהן בײַ דעם פּאַרענטש פֿון שיף און קוקען, קוקען. װוי אַ פֿאַר'חלום'טער, װוי פֿון אַ כּישוף פֿאַרגליווערטער.
63עס האָט זיך ניט געגלויבט, אַז עס װועט װוען עס איז קומען אַן ענד צו דער װואַסער.
אין דערהיים איז דער דניעפּר געװוען דער גרעסטער טייך, װואָס איך האָב װוען עס איז געזעהן. איך בין איבער איהם געפֿאָהרען דרײַ טעג; אָבער די גאַנצע צייט האָבען זיך דאָך געזעהן בײַדע ברעגעם — דערפֿער, הײַזער, מענשען. זייענדיג אין פּעטערסבורג, בין איך מיט סאָקאָלאָוו'ס ברודער געפֿאָהרען אױיף אַ פּאַראָכאָד קיין קראָנשטאַדט און צוריק. יענער װואַסער איז געװוען אַ טייל פֿון ים, און ער האָט אױיף מיר געמאַכט אַ גרויסען איינדרוק. אָבער דעם ברעג האָב איך געזעהן כּמעט די גאַנצע צייט פֿון דער קורצער רייזע. און דאָ — שטונדען, און שטונדען און שטונדען זײַנען אַװועק, און מעהר װוי װואַסער האָט זיך ניט געזעהן.
פֿון די שטונדען זײַנען געװואָרען טעג. איין טאָג, אַ צוויייטער, אַ דריטער, אַ פֿערטער, אַ פֿינפֿטער, און אַרום און אַרום איז אַלץ ניטאָ קיין אַנדער זאַך װוי װואַסער. צוערשט האָט זיך ניט געגלויבט, אַז עס קאָן זיין אַזױי פֿיל װואַסער. יאָ, עס האָט זיך אַבסאָלוט ניט געגלויבט. און דערנאָך, אַז מען איז צוגעװואוינט געװואָרען, האָט זיך ניט געגלויבט, אַז צו דער װואַסער װועט װוען עס איז קומען אַ סוף. עס האָט זיך ניט געגלויבט, אַז עס איז דאָ אַן אַמעריקא ערגעץ-װואו.
אין אָװוענד, װוען דער הימעל איז געװוען קלאָר, פֿלעגען מיר קוקען אױיף די צויבער-פֿאַרבען פֿון דעם זון-אונטערגאַנג — קוקען און אױיסדריקען אונזער ענטציקונג.
שפּעטער, װוען די װואונדער-קאָלירען פֿלעגען ביסלעכװוייז פֿאַרלאָשען װוערען, פֿלעגט דאָס האַרץ אױיסגעהן פֿון בענקעניש. מיר פֿלעגען זיך צוזאַמענקלייבען און זינגען רוסישע פֿאָלקס-לידער, די אומעטיגע, בענקשאַפֿטפֿולע נגונים פֿון גרויס-רוסישע אָדער מאַלאָרוסישע דערפֿער.
אַנדערע פֿון די פּאַסאַזשירען, מייסטענס נאַרװועגער און שװועדען, און אייניגע ענגלענדער, פֿלעגען זיך צוהערען צו אונזער געזאַנג. אָדער אַז ניט, פֿלעגען די ענגלענדער זינגען און מיר פֿלעגען זיך צוהערען. די נאַרװועגער האָבען מעהר געטאַנצט װוי געזונגען, און אָפֿט פֿלעגען מיר שטעהן אַרום און אַרום און 64קוקען אױיף זייערע פֿאַרלעך. איין פֿאַר-פֿאָלק פֿון די טאַנצענדע זעה איך איצט װוי לעבעדיג. דער קאַװואַליער — אַ העל-בלאָנדער נאַרװועג, האָט געטראָגען אַ פּענסנע, װועלכע איז פֿון דעם טאַנצען אַלע װויילע אַראָפּגעפֿאַלען פֿון זיין נאָז. האָטשענדיג זיך צום טאַקט, האָט ער איהם יעדעס מאָל אױיפֿגעכאַפּט, צוריק אָנגעטאָן אױיפֿ'ן נאָז, אַביסעל צוגעהאַלטען מיט'ן האַנט, דערנאָך איהם װוידער אָפּגעלאָזען, ביז ער איז אַראָפּגעפֿאַלען, און װוידער איהם אױיפֿגעכאַפּט.
דעם געפֿיהל, מיט װועלכען דער עמיגראַנט דערזעהט צום ערשטען מאָל אַמעריקאַנער לאַנד פֿון דער שיף (איבערהויפּט נאָך װוען ער איז אױיפֿ'ן ים אָפּגעװוען דרײַצעהן טעג), האָב איך שוין באַשריבען בײַ אַנאַנדער געלעגענהייט*. איך װויל נאָר זאָגען, אַז װוען די „בריטיש קווין" איז צוגעקומען נאָהענט צום ברעג, און ס'האָבען זיך שוין דייטליך געזעהן קאָלירען און פֿאָרמען פֿון יבשה, בין איך בוכשטעבליך פֿאַרגאַפֿט געװואָרען.
די גרינע ברעגעס באַלויכטען מיט אַ גאָלדענער זון, די גן-עדן'שע בלויקייט פֿון װואַסער און הימעל, די מאַיאַקען אױיפֿ'ן ים, די ליארעמדיגע קאָמפּאַניעס ים-פֿויגלען — דאָס אַלץ האָט אין מיין מוח צונויפֿגעשטעלט אַ בילד טאַקי װוי פֿון אַ כּישוף-װועלט. דער ענדלאָזער ים האָט מיך איבעראַראשט און באַצויבערט; דאָס צוקומען צום ברעג — נאָך מעהר.
דער לעזער דאַרף ניט פֿאַרגעסען, אַז בײַ דעם היינטיגען עמיגראַנט איז אַמעריקע ניט דאָס זעלבע װואָס זי איז געװוען בײַ אונז. ער האָט דאָרטען אַ סך לאַנדסלייט, קרובים, באַקאַנטע. פֿון אַמעריקא קומען אָן מיליאָנען בריף און הונדערטער געסט. װועגען אַמעריקא הערט מען ניט אױיף צו לעזען און צו ריידען. די לאַנד איז שוין ניט קיין געהיימניס. מען האָט אפֿשר װועגען 65איהר ניט קיין ריכטיגען באַגריף. מען װוייס אָבער װועגען איהר טויזענטער זאַכען און מען איז פֿאַרבונדען מיט איהר דורך טויזענטער מענשען און פֿאַקטען. זי איז אַ װוירקליכקייט.
דאָס אַלץ איז אין יענע צייטען ניט געװוען. אַ בריף פֿון אַמעריקא איז געװוען אַ מוזעאום-אַרטיקעל, און אַ גאַסט פֿון דאָרטען — אַן אונמעגליכקייט. אַמעריקא איז אין אונזער איינבילדונגס-קראַפֿט געװוען אַ געהיימניס אין דעם פֿולען זין פֿון דעם װואָרט.
װוי אַ טרוים-לאַנד האָב איך זיך אַמעריקע פֿריהער פֿאָרגעשטעלט, און די בילדער װואָס האָבען זיך פֿאַנאַנדערגעװויקעלט פֿאַר מיינע אױיגען איצט, װוען די „בריטיש קווין" איז צוגעשװואומען צו פֿילאַדעלפֿיא, האָבען אױיף מיר אױיך אַזא איינדרוק געמאַכט.
די אַמעריקאַנער האָבען זיך אין מיין איינבילדונגס-קראַפֿט פֿאַרגעשטעלט װוי הויכע שלאַנקע מענשען, מיט געלע הויזען און הויכע קאַפּעלושען. פֿאַרװואָס עפּעס גראַד אַזױי, װוייס איך ניט, אפֿשר האָט אַזױי אױיסגעזעהן איינער פֿון די אַמעריקאַנער, װועגען װועלכען איך האָב ערגעץ-װואו געלעזען. איינער פֿון די ביכער װואָס מאַכאַװוער'ס אינגערער זוהן האָט מיר געבראַכט פֿון דער מאָהילעװוער ביבליאָטעק איז געװוען אַ ראָמאַן פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבען (אין אַ רוסישער איבערזעצונג), פֿון אַ שרײַבערין מיט'ן נאָמען עממאַ פֿיערס. אפֿשר האָט דער העלד פֿון דיזען ראָמאַן אַזױי אױיסגעזעהן. יעדענפֿאַלס האָט זיך בײַ מיר צוזאַמענגעשטעלט אַזא געשטאַלט. אַלזאָ, האָב איך איצט ערװוארט צו זעהן אַזעלכע מענשען.
[ז׳ 51] װוען דיזע שורות װוערען געשריבען, איז דיאַמאַנט גוט באַקאַנט אַלס אײַנער פֿון די פֿיהרער פֿון דער פּוילישער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, און פֿון די װויכטיגסטע רעדנער אין דעם װואַרשעווער סעים; נאַססיג איז אַ באַקאַנטע פּערזענליכקייט אין דער ציוניסטישער באַװועגונג.
[ז׳ 60] דער פֿאַמיליען נאָמען פֿון דער פּאָר-פֿאָלק איז געװוען חיימאָוויטש, אָבער אין אַמעריקא האָבען זײי דאָס געענדערט אױיף „היימאָוויטש". פֿילע יאָהרען זײַנען אַװועק און עד היום, װוען מיר באַגעגענען זיך, דערמאָנט זי מיר יענע „לימענעס" און דאַנקט מיר פֿאַר זײי.
[ז׳ 61] אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך האָב געשריבען ערצעהלונגען אין אַמעריקאַנער זשורנאַלען, האָב איך דיזען צוזאַמענריידען זיך מיט דער הילף פֿון אַ װוערטער-בוך אױיסגענוצט אין איינער פֿון מיינע סקיצען („דמיטרי ענד זיגריד", אין דעם „קאָסמאָפּאָליטאַן" פֿון מאַרטש 1901).
[ז׳ 64] אין „דהי רײַז אָו דייװויד לעװוינסקי".