66דעם 6טען יוני זײַנען מיר אָנגעקומען אין פֿילאַדעלפֿיא.
דער באַװואוסטזיין, אַז איך בין אין אַמעריקא, האָט אָנגעפֿילט מיין גאַנצען װועזען. איך בין ניט אױיף דער געװועהנליכער װועלט, נאָר אין אַמעריקא.
איך געדענק דעם געפֿיהל, מיט װועלכען איך האָב אין האַפֿען דערזעהן אַ קאַץ.
„זעה, פּונקט אַזא קאַץ װוי בײַ אונז" — האָב איך שיער ניט אױיסגערופֿען.
זי איז פֿאַר מיר געװוען אַ באַװוייז, אַז אַמעריקא איז די זעלבע װועלט, װוי רוסלאַנד, עסטרייך, דייטשלאַנד. עס איז מיר גרינגער געװואָרען אױיפֿ'ן האַרצען.
אונז האָבען אױיפֿגענומען פֿאָרשטעהער פֿון דער „היברו אימיגראַנט עיד סאָסייעטי" (אידישע אימיגראַנטען הילפֿס גע-זעלשאַפֿט)*. דערבײַ זײַנען אױיך געװוען עטליכע באַאמטע פֿון 67דער רעגירונג. קיינער האָט ניט געטראָגען קיין געלע הויזען און קיין הויכע קאַפּעלושען, און קיינער איז ניט געװוען איבעריגס הויך.
מען האָט אונז אַרויפֿגעפֿיהרט אױיף אַ צוויייטען עטאַזש, אױיסגעזעצט אַרום אַ לאַנגען טיש און געגעבען עסען. דער פּלאַץ האָט אױיסגעזעהן װוי אַ גרויסער שטאַל, און די גאַנצע סצענע האָט מיר געשמעקט מיט צדקה און מיט קאַזאַרמע.
מען האָט אונז אַלעמען פֿאַרשריבען, און דאָס האָט מיין געמיט נאָך שװוערער געמאַכט. װוי רעקרוטען בײַ אַ רוסישען „פּריזיװו" באַהאַנדעלט מען אונז, האָב איך זיך געקלערט.
איך האָב געמאַכט אַ קאָלעקשאָן בײַ די אימיגראַנטען צו געבען „מיסטער'ן" אַ מתּנה.
װוען איך האָב זיך מיט איהם געזעגענט און צו איהם געזאָגט אױיף ענגליש „גוד בײַ"! האָב איך געפֿיהלט אַ בענקעניש נאָך דער שיף, אױיף װועלכער מיר האָבען פֿאַרבראַכט נאָהענט פֿון צוויי װואָכען.
אין פֿילאַדעלפֿיא האָט מען אונז געהאַלטען ביז שפּעט אין אָװוענט. דאַן האָט מען אונז אַװועקגעפֿיהרט קיין ניו יאָרק, מיט'ן אייזענבאַהן; דיזער טייל פֿון דער רייזע איז פֿון מיין זכרון אױיסגעמעקט. איך געדענק נאָר אַז מיר האָבען זיך עטליכע מאָל אָפּגעשטעלט און אַז װוען דאָס פֿאָהרען האָט זיך געענדיגט, האָט שוין געטאָגט. דאַן האָט מען אונז אַרײַנגעפֿיהרט אין אַ מין זאַל — אַ גרויסען, אַ הויכען, אַ שעהנעם. עס איז נאָך געװוען פֿינסטערליך, און דער זאַל איז געװוען זעהר העל באַלויכטען. אַ לאַנגע, לאַנגע רייהע מיט פֿענסטער, איינגאַנצען באַגאָסען מיט ליכט. װוי אַ צויבער פּאַלאַץ האָט עס מיר אױיסגעזעהן. װוען דאָס אַלץ האָט זיך אָנגעהויבען באַװועגען, בין איך איבעראַראשט געװואָרען. אַז דאָס רופֿט מען „פֿעררי" האָב איך זיך דערװואוסט דערנאָך און כ'האָב זיך דערװואוסט, אַז „פֿעררי" איז אַ פּאַראָם. װוען מען װואָלט דאַן בײַ מיר געפֿרעגט װוי דאָס הייסט אױיף רוסיש אָדער אױיף אידיש, װואָלט איך ניט געװואוסט װואָס צו ענטפֿערען. װוער האָט דאָס געקענט טרעפֿען, אַז די אָרימע 68ברעט, װאָס געהט מיט דער הילף פֿון אַ שטריק איבער דער װיליאַ אין װוילנע, און איבער דער דוװינאַ אין װועליזש, טראָגט דעם זעלבען נאָמען, װי דער שװוימענדער פּאַלאַץ.
אין פֿופֿצעהן מינוט ארום אונגעפֿעהר זײַנען מיר צוגעקומען צו אַן אַנדער ברעג. מיר זײַנען אָנגעקומען אין ניו יאָרק.
מיר האָבען אַרײנגעמאַרשירט אין דעם היסטאָרישען „קעסל גאַרדען", װואו אימיגראַנטען האָבען זיך אָפּגעשטעלט אין פֿאַרלויף פֿון עטליכע צעהנדרליג יאָהר.
דאָס איז בײ דער „בעטערי" אױפֿ'ן ברעג ים. הײנט איז אין דער „קעסל־גאַרדען" געפֿינדע אַן אַקװואַריום (אַ מוזעאַום פֿון לעבעדינע פֿיש). די גרױסע דאַמפֿ־שיפֿען, װאָס געהען פֿון ניו יאָרק קײן אײראָפּאַ, שװוימען פֿאַרבײ ניט װוײט פֿון דיזער געבײדע.
אין יענע יאָהרען פֿלעגט מען דעם אימיגראַנט לאַנג ניט פֿאַרהאַלטען. מען פֿלעגט איהם פֿאַרשרײבען און אַרױסלאָזען. קײנע געזעצען, װאָס זאָלען באַשרענקסען אימיגראַציע, זײַנען דאַן נאָך ניט געװוען. די אימיגראַנטען װואָס האָבען ניט געהאַט װואו צו געהן, פֿלעגען בלײבען אין „קעסל גאַרדען" ביז זײ האָבען זיך געפֿונען אָן אַנדער פּלאַץ. זײ זײַנען אָבער אימער געװוען פֿרײ צו געהן װואו זײ האָבען געװואָלט.
אױפֿ סטײט סטריט, גלײך אַנטקעגען „קעסל־גאַרדען", איז געװוען די הױפּט קװואַרטיר פֿון דער „היברו אימיגראַנט עיד סאָסײעטי". איך געדענק מײן ערשטען באַזוך דאָרטען. אַן אַמעריקאַנער איד האָט מיט מיר גערעדט אױף דײטש, װועלכען ער האָט געבראָכבען אױף זײן שטײנגער, און איך אױף מײנעם. מיר האָבען זיך ניט קלאָר פֿאַרשטאַנען און מיר זײַנען געבליבען אונצופֿרידען אײנער מיט'ן אַנדערען. איך בין אַװועק מיט דער מײנונג, אַז יענער איז אַ האַרצלאָזער בורזשואַ און ער איז װואַרשײנליך געבליבען מיט דער מײנונג, אַז איך בין אַ „װוילדער רוס", 69װאַרים אַזױ פֿלעגען זײ רופֿען אונזערע אימיגראַנטען הינטער די אױגן און אָפֿט אין די אױגען אױך.
מען דאַרף באַמערקען, אַז דאָס װואָס די רוסישע אימיגראַנטען און די אַמעריקאַנער „יהודים" האָבען זיך שלעכט פֿאַרשטאַנען, האָט געהאַט אַ סך צו טאָן מיט די באַציהונגען, װועלכע האָבען עקזיסטירט צװוישען זײ. װוי איך האָב שפֿעטער באַגריפֿען, זײַנען צװוישען די „יהודים" געװוען מענשען, װועלכע האָבען געהאַט אַ װואַרימען װואונש אונז צו העלפֿען זיך שטעלען אױפֿ די פֿיס אין אַמעריקאַ. זײ זײַנען געװוען באַרײט צו אָפֿפֿערען צײט און געלט פֿאַר אונז. די פֿאָגראָמען האָבען אין זײ אַרױסגערופֿען אמת'ע געפֿיהלען, און אױפֿ דיזע געפֿיהלען איז געװוען געגרינדעט זײער באַטײליגונג אין דער „סאָסײעטי". זײ האָבען זיך אָבער ניט געקענט צוזאַמענרעדען מיט אונז. ניט נאָר די שפּראַך, אין דעם געװועהנליכען זין, איז אונז געשטאַנען אין װועג. דאָס װואָלט ניט געװוען אַזױ געפֿעהרליך. פֿיעל װויכטיגער איז געװוען דער אונטערשיעד צװוישען די אינערליכע שפּראַכען. די באַגריפֿען און געװואױנהײטען זײַנען בײ אונז געװוען גאָנץ אַנדערע. מענשען מיט אײדעלע הערצער און מיט די בעסטע אַבזיכטען האָבען באַלײדיגט אימיגראַנטען, ניט װויסענדיג אַז זײ באַלײדיגען זײ. עס זײַנען אָבער געװוען אַנדערע „יהודים" אױך.
צװוישען די סימפּאַטישע מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט איז געװוען אַ הױך געבילדעטער מאַן, מיט אַן אינטערעסאַנטער פֿאַרגאַנגענהײט און מיט אַ נאָבעלען כאַראַקטער, אַ גײסטיגער אַריסטאָקראַט אין דעם שעהנסטען זין פֿון דעם אױסדרוק. איך מײן מיכאיל האַלפּערין'ען.
איהם איז צוצוקומען צו די הערצער פֿון די אימיגראַנטען שױן ניט געװוען שװוער. אױך איז אונז, אימיגראַנטען, ניט געװוען שװוער צו פֿאַרשטעהן װואָס פֿאַר אַ טײערע האַרץ זײן ברוסט טראָגנט אין זיך. מען האָט איהם פּשוט פֿאַרגעטערט. נאָר װועגען איהם װועל איך דערצעהלען באַזונדער.
70די ערשטע טעג, װאָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקאַ, האָב איך געהאַט װוײניג צײט זיך צו אינטערעסירען מיט דעם קאָמיטעט און זײנע פֿאַרשידענע מיטגלידער. איך בין געװוען פֿאַרנומען מיט אַנדערע זאַכען. פֿריהער פֿון אַלץ האָב איך געדאַרפֿט אױפֿזוכען די װוילנער סאָציאַליסטען. איך בין געװוען אין אַ פֿיבער פֿון אונגעדולד מיט זײ זיך צו זעהן און צו הערען װואָס ס'איז פֿאָרגעקומען אין װוילנא מיט די אַרעסטען.
אין ליװוערפּול האָב איך געהערט, אַז זײ זײַנען אַרײנגעטראָטען אין דעם „קיעװוער עם עולם". די הױפּט־קװואַרטיר פֿון דעם „קיעװוער עם עולם" איז געװוען אין גרינפּאָינט, אַ װוײטע טײל פֿון ברוקלין. האָב איך געקראָגען דעם אַדרעס מיט אײנצעלהײטען װוי אַזױ צו פֿאָהרען (שפֿעטער האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ קירצערער װועג), און איך האָב זיך גלײך אױועקגעלאָזען אַהין. דעם טײך (איסט ריװוער) בין איך אַריבערגעפֿאָהרען אױפֿ אַ פֿערי, און דערנאָך האָב איך זיך געזעצט אױפֿ אַ „האָרס־קאַר" (דער ברוקלינער עלעװוייטער איז נאָך דאַן ניט געװוען פֿאַרטיג). די קאַר איז געװוען אַ צװוײ־גאָרנדיגע און איך בין געזעסען אױפֿ דעם אױבערשטען „עטאַזש"; געזעסען מיט מײן ליװוערפּולער װוערטערבוך אין האַנד, געקוקט אױפֿ די סאַינס און געזוכט דעם פּשט פֿון די ענגלישע װוערטער. דאָ האָב איך דאָס איבערגעלעזען „איצע קרעאַם". איך האָב זיך אָבער גלײך פֿאַרריכט: „אײם קרים", לױט די ערסלעהרונגען פֿון מײן זעלבסט־לעהרער.
ענדליך בין איך אָנגעקומען קײן גרינפּאָינט. װוען מײנע װוילנער חברים האָבען מיך דערזעהן, זײַנען זײ אַנגענעהם איבעראַשט געװואָרען. די שמחה איז געװוען גרױס פֿון בײדע זײטען. זײ האָבען װועגען מײן רײזע קײן באַגריפֿ ניט געהאַט. װוי פֿון הימעל בין איך צו זײ אַראָפּגעפֿאַלען.
אפשר צװוײ שטונדען זײַנען מיר אָפּגעשטאַנען אין אַ
71קלײנעם קאָרידאָר, דערצעהלענדיג זיך אײנע די אַנדערע װואָס עס האָט פּאַסירט מיט מיר אין װועליזש און מיט זײ דאָרטען, אין װוילנא — װועגען די „אָביסקעס" און אַרעסטען, װועגען זײיער באַשלום צו עמיגרירען, און װועגען דער קאָרעספּאָנדענץ, װואָס זײ האָבען געפֿיהרט מיט פֿאָרשטעהער פֿון דעם „קיעװוער עם עולם".
זײ זײַנען געקומען קײן אַמעריקאַ (אױך קײן פֿילאַדעלפֿיא) דעם 30טען מאַי, מיט אַ װואָך פֿריהער װוי איך.
פֿון אונזער געשפּרעך האָב איך זיך דערװואוסט, אַז די ערװואַרטונגען װועגען קאָלאָניעס האָבען פֿאַרלױפֿיג זײ געבראַכט ניט מעהר װוי ענטוישונגען און צװוייפֿלען. אימיגראַנטען, װואָס זײַנען מיט עטליכע מאָנאַט פֿריהער געקומען, האָבען געמאַכט פּראָבעס צו גרינדען אַזעלכע קאָלאָניעס; אָבער די נאָכריכטען װועגען זײ זײַנען געװוען ניט קײן פֿרעהליכע. די האָפֿנונגען האָט מען אָבער ניט אױפֿגעגעבען.
אײנער פֿון דער װוילנער גרופּע איז געװוען שואל באַדאַנעס, אַ צװוייטער — סאָלאָמאָן מענאַסקער, און אַ דריטער — דער עלטערער פֿון די קאַספּע ברידער. צװוישען די אַנדערע זײַנען געװוען אַ פֿאָר יונגע לײט, װועלכע האָבען אין װוילנא צו אונזער קרוזשאָק ניט געהערט, אָבער מיט װועלכע איך בין באַקאַנט געװוען, און עטליכע אידישע בעל־מלאכה'ס, װואָס זײַנען „פֿאַנאַנדער־פּראָפּאַגאַנדירט" געװואָרען אױיף דער פֿאָהוליאַנקער קװואַרטיר נאָך מײן אַװועקפֿאָהרען. אײנער פֿון זײ, שפּיעז, איז געװוען אַ ברודער פֿון מײן אַמאָליגען חבר, הירשקע לעװוענסאָן־שפּיעז, פֿון מאַלאָט. מיט דער װוילנער גרופּע איז אױך געקומען אַלעקסאַנדער האַרקאַװוי, דער הײנט־באַריהמטער פֿאַרפֿאַסער פֿון װוערטער־ביכער און לעהר־ביכער פֿון ענגליש פֿאַר אידישע אימיגראַנטען.
די ערשטע נאַכט, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקאַ, האָב איך גענעכטיגט אין „קעסל־גאַרדען". מענאַסקער האָט מיך אַהין אַװועקגעפֿיהרט און ער איז מיט מיר דאָרטען געבליבען שלאָפֿען. דער געלעגער איז געװוען אַ שרעקליכער און די לופֿט 72אַ שרעקליכע — אַזױ װוי טױזענד קעץ װואָלטען זיך דאָרטען אױפֿגעהאַלטען.
מיר האָבען כמעט די גאַנצע נאַכט פֿאַרבראַכט אין שמועסען. פֿון דיזען געשפּרעך איז בײ מיר אין זכרון פֿאַרבליבען אַ קלײניגקײט, װועלכע איז זעהר כאַראַקטעריסטיש.
לעבען אונז זײַנען געלעגען צװוייי פּױלישע אידען און זײ האָבען אױך געשמועסט.
— פּױלישע, — האָב איך באַמערקט צו מענאַסקער'ן, הערענדיג זײיער אױסשפּראַך, — און װואָס זײַנען מיר, װוייסטו?
— ליטװואַקעס, — האָט ער געענטפֿערט מיט אַ שמײכעל אין זײן טאָן.
איך האָב, נאַטירליך, געװואוסט, אַז אין פּױלען און אין װואָהלין רופֿט מען אונז „ליטװואַקעס", און אין סאָלאָמינסע, לעבען קיעװו, האָט מען דאָס מיר געגעבען צו פֿיהלען. איך בין אָבער נאָך ניט געװוען צוגעװואױנט צו דעם װואָרט. אַז איך בין אַ „ליטװואַק" איז מיר אױסגעקומען קאָמיש. אין װוילנא בין איך קײנמאָל קײן ליטװואַק ניט געװוען...
מײן ערשטער באַזוך אין אידישען קװואַרטאַל איז געװוען אין אַ נאַכמיטאָג. איך בין אַרײנגעקומען אױפֿ איסט־בראָדװוייי. עס איז געװוען פֿאַרנאַכטלעך. אױפֿ אײניגע פֿון די סטופּס זײַנען געזעסען אידען. אַ פֿאָר פֿון זײ זײַנען געװוען עלטערע מענשען, מיט װוייסע בערד און מיט יאַרמולקעס אױפֿ די קעפּ. איך האָב זיך דערפֿיהלט װוי אין דערהיים.
דער אידישער קװואַרטאַל איז דאַן געװוען זעהר קלײן. אױפֿ איסט־בראָדװוייי האָבען זיך געפֿונען סטאָרס, װואו אידישע קאָסטאָמער־פּעדלער האָבען געקױפֿט די סחורה, װואָס זײ האָבען געגעבען זײיערע קאָסטאָמער, מײסטענס קריסטען, װוייסע און שװואַרצע, אױפֿ־אױסצאָהלען. אַזעלכע סטאָרס זײַנען אױך געװוען אױפֿ קאַנעל סטריט. אין דיזער באַציהונג קען מען זאָגען, אַז די 73צװוייי סטריטען האָבען זיך פֿון דאַן אָן ניט געענדערט, הגם אין אַנדערע פּרטים האָבען זײ זיך שטאַרק געענדערט.
װוייטער אױפֿ איסט בראָדװוייי, בײ קלינטאָן, מאָנטגאָמערי, האָבען דאַן געװואוינט װוייניג אידען. און מיט עטליכע יאָהר פֿריהער איז דאָס געװוען אַן עכט אַמעריקאַנישע סטריט, אַז אַריסטאָקראַטיש־אַמעריקאַנישע זאָגאַר. װוען איך בין געקומען, איז דער עלטערער װויליאַם װואַנדערבילט געװוען דער גרעסטער מיליאָנער אין אַמעריקא, און מיט אַ פֿאָר צעהנדרליג יאָהר פֿריהער, װוען ער האָט חתונה געהאַט, איז זײן ערשטע דירה געװוען אױפֿ איסט בראָדװוייי. דער מעיאָר פֿון ניו יאָרק האָט דאָרטען געװואוינט מיט אַ גאַנץ קורצער צײט פֿאַר מײן קומען. איבעריגענס, האָט דער מעיאָר פֿון ניו יאָרק זעלטען געהערט צו דער „אַריסטאָקראַטיע".
מיליאָנערען, דאָלאַר־יחסנים, זײַנען אין אַמעריקא נאָך דאַן איבערהױפּט געװוען כמעט אַ נײיע זאַך. פֿאַר דער מלחמה צװוישען צפֿון און דרום, איבער דער נעגער פֿראַגע, איז דער עולם מײסטענס באַשטאַנען פֿון פֿאַרמערס און מיטעלע און קלײנע געשעפֿטס־לײט. גרױסע פֿאַבריקען זײַנען נאָך ניט אױסגעװואַקסען, און רײזיגע גרױסע שטעדט אױך ניט. די אינדוסטריע און דער האַנדעל, און צוזאַמען מיט זײ די גרױסע שטעדט, האָבען זיך אָנגעהױבען צו ענטװויקלען ערשט נאָך יענער מלחמה, אין די זעכציגסטע יאָהרען. די ענטװויקלונג איז אָבער געגאַנגען אונגעהײער שנעל. מיט אַ יאָהר זעכציג, זיבעציג צוריק איז אַמעריקא געװוען אַ מדינה פֿון שטעדטלעך און דערפֿער, אַ נאַציאָן אָהן גרױסע גבירים און מיט װוייניג אָרימע לײט. הײנט גלױבט זיך דאָס קױם.
װוען דיזע שורות װוערען געשריבען איז די העכסטע געבײדע אין ניו יאָרק אַ 53 עטאַזשינער מױער, און מױערען פֿון דרײסיג אָדער עטליכע און צװואַנציג עטאַזשען זײַנען אין ניו יאָרק, שיקאַגאָ, פֿילאַדעלפֿיא און צעהנדרלינג אַנדערע אַמעריקאַנער שטעדט אַ גאַנץ געװוייינליבע זאַך. װוען איך בין געקומען, איז 74די העכסטע געבײדע אין ניו יאָרק (און אין גאַנץ אַמעריקא) באַשטאַנגען פֿון אַכט עטאַזש.
לאָמיר זיך אומקעהרען צו דער אידישער איסט בראָדװוייי און די אַרומיגע גאַסען, װוי איך האָב זײ דאַן געפֿונען. אױפֿ העני סטריט האָבען געװואוינט נאָך װוייניגער אידען װוי אױפֿ איסט בראָדװוייי. נאָך װוייניגער האָבען זיך געפֿונען אױפֿ מעדיסאָן סטריט; און אױפֿ מאָנראָו סטריט זײַנען אידען גאָר געװוען אַ זעלטענהײט. אױפֿ טשערי סטריט זײַנען אַבסאָלוט קײן אידען ניט געװוען.
פֿון דער אַנדערער זײט, איז דער קװואַרטאַל געגאַנגען ביז דעלענסי סטריט, און אפֿילו ביז דאָרטען איז אױך די באַפֿעלקערונג געװוען שטאַרק געמישט. דאָרטען האָבען געװואוינט אַ סך אײרישע און אַ סך דײטשען. אױפֿ גרענד סטריט האָבען זיך געפֿונען צװוייי קאַפֿעס, האָט אײנע באַלאַנגט צו אַ דײטש און די צװוייטע צו אַ פֿראַנצויז. קײן אידישע קאַפֿעס און רעסטאָראַנען זײַנען נאָך דאַן ניט געװוען. אױפֿ גרענד סטריט, צװוישען עלען און אָרטשאַרד, איז געװוען אַ באַריהמטע דעפּאַרטמענט סטאָר, רידלי'ס, װואוהין אַמעריקאַנער פֿלעגען קומען קױפֿען פֿון פֿאַרשידענע טײלען פֿון דער איצטיגער גרײטער ניו יאָרק. אױפֿ גרענד סטריט, ניט װוייט פֿון עלען, איז געװוען אַ באַריהמטע סטאָר פֿון לאָרד ענד טײלאָר, אַ פֿירמע װועלכע איז איצט גוט באַקאַנט מיט איהר סטאָר אױפֿ דער פֿינפֿטער עװועניו, בײ דער 39טער סטריט.
אױפֿ העסטער סטריט פֿלעגען זיך פֿאַרזאַמלען אידישע שנײדער (שאָפּ אַרבייטער), און אַהין פֿלעגען קומען קאָנטראַקטאָרס אָדער „באָסעס" נעהמען זײ צו דער אַרביים. אַ מאַרק אױפֿ אָפּערייטאָרס, בעיסטערס, „האַלבע בעיסטערס", פֿינישערס, בינגלערס. דאַן האָט מען דעם פּלאַץ גערופֿען „חזיר מאַרק". מיט עטליכע יאָהר פֿריהער איז העסטער סטריט געװוען באַװואוינט פֿון דײטשען און אײרישע. װוען איך בין געקומען, איז דער צענטער פֿון דעם אידישען קװואַרטאַל געװוען צװוישען איסט בראָדװוייי און גרענד סטריט און צװוישען סאַטפֿאָלק און עלען.
75עס איז אױך געװוען אַ צװוייטער צענטער, אַ קלענערער — עטליכע מינוט גאַנג פֿון איסט בראָדװוייי — באַ איארד סטריט און מאָטט סטריט (אױפֿ יענער זייט פֿון דער באַוערי). זײ זײַנען געװוען פֿול מיט אידען, און מיט עטליכע יאָהר פֿריהער איז דאָס געװוען כמעט דער גאַנצער אידישער קװואַרטאַל.
דער מיטעל־פּונקט פֿון דעם אידישען קװואַרטאַל איז געװוען אָנגעפּאַקט מיט אידען. ער האָט זיך אָבער געצױגען ניט װוייטער װוי דרײי, העכסטענס פֿיער, בלאָק אין אירגענד װועלכער זייט. צום איסט ריװוער צו האָבען געװואוינט אײרישע, און אפֿטאָון צו, אױפֿ דער האָוסטאָן סטריט, איז שױן געװוען דײטשלאַנד. אױפֿ דער צװוייטער עװועניו און אױפֿ די זייטיגע גאַסען זײַנען די סטופּס אין די זומער אָװוענדען געװוען פֿול מיט דײטשע מענער, פֿרױען און קינדער. די סאַינס זײַנען דאָרטען געװוען אױפֿ דײטש און אױפֿ ענגליש. און דער כאַראַקטער פֿון די סטאָרס איז געװוען אַן עכט־דײטשער: ביער־האַלעס, דעליקאַטעסען־סטאָרס, דײטשע גראָסעריס און דאַ. און דאָרטען אַ דײטשע בוך־קרעמעל. אױפֿ די גאַסען און אין די טרינק־פּלעצער האָט מען גערעדט דורכאױס דײטש; מען איז געזעסען אױפֿ די סטופּס און געלעזען דײטשע צײיטונגען.
די באַוערי איז געװוען אַ סך מעהר באַוערי װוי זי איז איצט. איך ברױך דעם נאָמען װוי ער איז באַקאַנט אין גאַנץ אַמעריקא, לױט דעם באַריהמטען אַלטען כאַראַקטער פֿון דער סטריט. דאָרטען האָבען זיך אױפֿגעהאַלטען די געפֿערליכסטע פֿאַרברעכער און אױסװואורפֿען פֿון שטאָדט. אױפֿ די סאַידװואָקס פֿלעגען אַרומשפּאַצירען אונאַנשטענדיגע פֿרױען פֿון דעם אָרימערען סאָרט. די צװוייי, דרײי גאַסען, װואָס געהען נעקסט צו דער באַוערי, קריסטי סטריט און פֿאָרסיטה סטריט, און טיילװוייז עלדרידזש סטריט, זײַנען דאַן אין די אָװוענדען אױך געװוען אונאַנשטענדיגע גאַסען. אידען האָבען דאָרטען געװואוינט װוייניג. איצט איז אַ היבשע טײל פֿון קריסטי סטריט באַװואוינט פֿון איטאַליענער; דאַן זײַנען קײן איטאַליענער דאָרטען ניט געװוען (אין ניו יאָרק זײַנען דאַן איבערהױפּט געװוען װוייניג 76איטאַליענער). דאָרטען האָבען געװואוינט אײרישע, דײטשען און אַמעריקאַנער.
קײן עלעקטרישע קאַרס זײַנען נאָך דאַן ניט געװוען. עס פֿלעגען געהן די האָרס־קאַרס. אױפֿ איסט בראָדװוייי איז געװוען אַ קלײנע בלױע קאַר מיט אײן פֿערדעל און מיט אַ דרײיװוער, װועלכער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ קאָנדוקטאָר אױך. מען פֿלעגט אַרײנװואַרפֿען אַ ניקעל אין אַ גלעזערנער פּושקע און דער קוטשער, זיצענדיג פֿון דרױסען, בײ די פֿערד, פֿלעגט זעהן, צי עס איז פֿינף סענט. אױב איהר האָט געדאַרפֿט טשיינדזש, האָט זיך געעפֿענט אַ טירעלע און ער האָט אײך געגעבען אַ קאָנװוערטעל מיט קלײנגעלד פֿאַר אַ דאָלאַר, פֿאַר אַ קװואָדער אָדער פֿאַר צעהן סענט. טאָמער האָט אימיצער געפֿרופֿט פֿאָהרען און ניט באַצאָהלען, פֿלעגט דער דרײיװוער־קאָנדוקטאָר אָפּשטעלען די קאַר.
דער עלעװוייטער איז אין ניו יאָרק שױן דאַן געגאַנגען, און מײן ערשטע ערפֿאַהרונג מיט איהם האָט מיך באַװויזען, אַז איך בין נאָך „גאָר אַ גרינער". דאָס איז געװוען אױפֿ'ן צװוייטען טאָג נאָך מײן קומען. איך געדענק ניט װואו איך האָב געדאַרפֿט פֿאָהרען; איך בין אַרױפֿ, באַצאָהלט דעם ניקעל און באַקומען מײן טיקעט; אָבער װואָס צו טאָן מיט איהם, האָב איך ניט געװואוסט. האָט מיר דער „טיקעט־טשאַפּער" אָפּגעשטעלט און געװויזען מיט'ן פֿינגער, אַז איך דאַרף דאָס אַרײנװואַרפֿען אין דער גלעזערנער קעסטעל, לעבען װועלכען ער איז געשטאַנען. האָט ער אָבער אַזױ מאָדנע געמאַכט מיט'ן פֿינגער, אַז איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען װואָס ער מײנט (װואָרים בײם אָנװוייזען מיט'ן פֿינגער האָט אַן אַמעריקאַנער אױך אַנאַנדער „אַקצענט" װוי אַ װוילנער איד). דאַן האָט דער „טיקעט־טשאַפּער" מיך גענומען פֿאַר'ן האַנט און איהר גענומען טרײיסלען איבער'ן קאַסטען. זײן מײן איז געװוען אַרײנצוטרײיסלען דעם טיקעט. איך האָב איהם אָבער אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען. איך האָב געמיינט, אַז ער מאַכט חוזק פֿון מיר און איך האָב דעם טיקעט צוגעהאַלטען מיט אַלע כחות. ענדליך האָב איך פֿאַרשטאַנען.
קײן סאָבװועיס זײַנען נאָך ניט געװוען (פֿאַרבייגעהענדיג װויל איך באַמערקען, אַז װועגען אױטאָמאָבילעס, פֿאָנאָגראַפֿס און 77מואװוינג־פּיקטשורס האָט זיך נאָך דאַן אױך קײנעם ניט גע'חלום'ט. טעלעפֿאָנען זײַנען אָבער שױן יאָ געװוען, הגם זײ זײַנען ניט געװוען אַזױ אַלגעמײן פֿאַרשפּרייט װוי איצט). דער ברוקלין בריִדזש איז שױן געװוען פֿאַרטיג. ער איז אָבער נאָך ניט געװוען אָפֿען. מען האָט איהם געעפֿענט אַ קורצע צײט נאָכדעם װוי איך בין געקומען. די אַנדערע דרײי בריקען איבער'ן איסט ריװוער זײַנען נאָך ניט געװוען.
די שטאָדט האָט מיר אױסגעזעהען זעהר גרױס; אָבער אין פֿאַרגלייך מיט דער הײנטיגער ניו יאָרק איז זי געװוען קלײן — ניט מעהר װוי אַ דריטעל אפֿשר. און אַזױ װוי די העכסטע געבײדע האָט געהאַט אַכט עטאַזש, איז די שטאָדט געװוען אַ קאָרליק אין פֿאַרגלייך מיט דעם ריעז, װועלכער הײסט הײנט ניו יאָרק. זי איז איבערהױפּט געװוען גאַנץ אַנדערש. פּאַריז און לאָנדאָן בײטען זיך כמעט ניט. ניו יאָרק האַלט שטענדיג אין בײטען זיך. ניט נאָר װואַקסט זי אימער, נאָר מען האַלט איהר שטענדיג אין רײסען, בױיען און ענדערען.
אַרום דעם ברוקלין־בריִדזש און אױפֿ בראָדװוייי, בײ פֿולטאָן סטריט, איז צװוישען פֿינף און זיבען דעם זייגער נאָכמיטאָג דער סציסק געװוען אונגעהײיער גרױס. אַזעלכע געדיכטע, האַסטיגשטראָמענדע מאַסען האָב איך נאָך אױפֿ מײן לעבען ניט געזעהן. דאָס זײַנען אָבער געװוען די אײנציגע פּלעצער אַזעלכע. די אַנדערע צענטערס פֿון פֿאַרקעהר זײַנען געװוען אַ סך קלענער, און אַזעלכע צענטערס זײַנען דאַן געװוען װוייניגער װוי הײנט.
פֿון דעם אידישען קװואַרטאַל. — די רובינשטיין קעיס.
איך װועל דעם לעזער אַביסעל באַקאַנט מאַכען מיט דעם כאַראַקטער פֿון דער דאַמאָלסדינגער אידישער באַפֿעלקערונג אין ניו יאָרק.
אין דעם אידישען קװואַרטאַל האָבען געװואוינט ניט נאָר רוסישע און פּױלישע אידען, נאָר אױך אַ געװויסע צאָהל דײטשע 78„יהודים"; פֿילע פֿון זײ זײַנען געװוען פֿון פּױזען, דער פּױלישער טײל פֿון דער דאַמאָלסדינגער דײטשלאַנד, און זײיער מוטער־שפּראַך איז געװוען דײטש. אַנדערע אידען זײַנען געװוען פֿון דײטשלאַנד גופֿא. פֿילע פֿון דעם יונגען דור זײַנען געװוען אַמעריקאַנער געבאָרענע. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָבען כמעט אַלע „יהודים" פֿון ניו יאָרק געװואוינט אין דעם אידישען קװואַרטאַל. אין מײן צײט האָבען די רײכערע פּױזנער און דײטשע אידען שױן געװואוינט אַפֿ־טאַון. פֿון דעם מיטעל־קלאַס אָבער האָט אַ היבשע ביסעל זיך נאָך געפֿונען אַרום איסט בראָדװוייי.
אונגעפֿעהר אַ יאָהר, אָדער צװוייי, נאָכדעם װוי איך האָב אימיגרירט, האָט מען אױפֿ איסט בראָדװוייי געעפֿענט אַ ברענטש פֿון דער „יאָנג מענס היברו אַסאָסיאיישאָן" (דער הױפּט אַנשטאַלט איז געװוען אַפֿ־טאַון). אַ היבשער טײל פֿון די מיטגלידער איז באַשטאַנגען פֿון אַמעריקאַנער־געבאָרענע אידישע באָיס, קינדער פֿון דײטש־אידישע אימיגראַנטען. דיזע אַלע באָיס האָבען געװואוינט אין דעם געגענד פֿון איסט בראָדװוייי און גרענד סטריט.
הײנט איז אַ דײטשער „יהודי" אין דעם אידישען קװואַרטאַל אַן אונמעגליכע ערשיינונג. דאַן אָבער האָבען מיר דאָרטען געהאַט אַ סך „יהודים". כמעט אַלע קלענערע סטאָרס אױפֿ גרענד סטריט, און עטליכע פֿון די גרױסע, זײַנען געװוען אין זײיערע הענט. לאַנג זײַנען זײ אָבער אין אונזער קװואַרטאַל ניט פֿאַרבליבען. װוען עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען די גרױסע עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד, האָבען זײ גענומען ביסלעכװוייז אַװועקמופֿען װוייטער אַפֿ־טאַון (ס'איז מיר איבעריג צו באַמערקען, אַז דער אַפֿ־טאַון האָט דאַן גאַנץ װוייט אין די נומערירטע סטריטען ניט דערגרייכט. די פֿופֿצינסטע סטריט האָט שױן געהײיסען װוייט אַפֿ־טאַון; אַרום דער הונדערטער סטריט האָבען זיך געצױגען פֿרײיע פֿעלדער). אָבער זײיער אַװועקמופֿען האָט צו אונזער קומען קײן שייכות ניט געהאַט. אַז מען װוערט רײכער מופֿט מען אַפֿ־טאַון, אַזױ געהט דאָס עד היום.
איך האָב שױן באַמערקט, אַז אין די פֿריהערדינגע יאָהרען 79זײַנען פֿון רוסלאַנד קײן אַמעריקא געפֿאָהרען גאַנץ װוייניג אידען. די אױסנאַהמען זײַנען געװוען אידען פֿון דער סואװואַלקער און קאַלישער (גרױס פּױלישער) גובערניע. װוען איך בין געקומען קײן ניו יאָרק, זײַנען די סואװואַלקער אידען געװוען דער עיקר פֿון דער אידישער באַפֿעלקערונג אױפֿ דער איסט סייד. װואו מען איז געשטאַנען און װואו מען איז געגאַנגען, האָט מען באַגעגענט אידען פֿון סואװואַלק אָדער פֿון די קלענערע שטעדט פֿון יענער גובערניע. כמעט אַלע פֿעדלער און קאָסטאָמער־פּעדלער זײַנען דאַן געװוען פֿון יענעם געגענד, און די סטאָר־קיפּערס פֿון איסט בראָדװוייי און קאַנעל סטריט, װועלכע האָבען פֿאַרקױפֿט קלײדער, טוך, פֿירניטשור אָדער דזשולערי צו קאָסטאָמער־פּעדלער, זײַנען מײסטענס געװוען פֿון דער זעלבער גובערניע.
אידישע אַרבייטער זײַנען אין ניו יאָרק געװוען בײ דרײיסיג אָדער פֿערציג טױזענד. זײ האָבען זיך מײסטענס באַשעפֿטיגט מיט שנײדערײי בײ מענער־קלײדער. קלאָוקסמאַכער זײַנען אױך געװוען, אָבער פֿאַרהעלטניסמעסיג ניט קײן סך. די גאַנצע קלאָוק טרײיד איז נאָך דאַן געװוען נײי אין אַמעריקא. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער פֿלעגט מען די בעסערע קלאָוקס אימפּאָרטירען פֿון דײטשלאַנד. די געװועהנליכע אַמעריקאַנער פֿרױ פֿלעגט טראָגען אַ שעהנע פּאָטשיילע. די ערשטע קלאָוק־שעפּער זײַנען געגרינדעט געװואָרען פֿון דײטשע יהודים, װועלכע זײַנען קײן שנײדער קײנמאָל ניט געװוען. זײ זײַנען געװוען די באַלעבאַטים פֿון דעם טרײיד און זײַנען אין דיזער ראָלע געבליבען אַ היבשע צײט נאָך מײן קומען. די קלאָוק אַרבייטער אָבער — שנײדער, אָפּערייטאָרס און פּרעסערס — זײַנען געװוען אידען פֿון ליטע און פֿון פּױלען.
צװוישען די מענער־שנײדער האָבען זיך געפֿונען אַ סך אידען פֿון גרױס־פּױלען. שנײדער־אַרבייטער פֿון סואװואַלקער גובערניע זײַנען אױך געװוען, אָבער װוייניגער.
אינטעלינענטע אידען זײַנען צװוישען די פֿריהערדינגע רוסישע און עסטרײיכישע אימיגראַנטען געװוען זעהר װוייניג. כמעט גאָרניט. צװוישען די סואװואַלקער אימיגראַנטען האָט זיך געפֿונען 80אַביסעל גמרא אידען. אין די פֿעדלער-סטאָרס אױיף איסט בראָדװויי און קאַנעל סטריט פֿלעגט מען ניט זעלטען הערען אַ שמועס איבער אַ שטיקעל גמרא אָדער װועגען אַ לשון קודש'דיגען ביכעל. דאָס איז געװוען די גײיסטיגע אַריסטאָקראַטיע פֿון דעם אידישען קװוארטאַל.
זײיערע קינדער האָבען ־יוע אידען געשיקט אין פֿאָבליק סקול ; זעלטען העכער. אין דעם סיטי-קאָלעדזש אין ניו יאָרק האָבען זיך דאַן געפֿונען אַ היבשע ביסעל אידען. אָבער דאָס זײַנען מײיסטענס געװוען דײיטשע יהודים, ניט קינדער פֿון אונזערע אידען, װוי דאָס איז איצט. װואָס אַנבאַטרעפֿט האָי-סקולס, האָבען זײי דאַן אין ניו יאָרק איבערהױיפֿט ניט עקזיסטירט. און װוען זײי װואָלטען יאָ געװוען, װוייס איך ניט צי די דאַמאָלסדיגע אידישע אימיגראַנטען װואָלטען אהין געשיקט זײיערע קינדער אין אַ באַדרײיטענדער צאָהל.
די קינדער האָבען גערעדט ענגליש. אידיש כמעט גאָרניט. געגאַנגען אין סקול און דערנאָך זיך גענומען צו ביזנעס.
װועגען דעם דורשט נאָך העכערער בילדונג, װועלכער איז איצט אַזױי פֿאַרשפֿרײיט אין די אידישע קװוארטאַלען פֿון אַמעריקא, האָט מען דאַן געװואוסט אין אַ פֿיל קלענערער מאָס װוי הײינט. דער קװוארטאַל האָט זיך געפֿונען אונטער דער גײיסטיגער הערשאַפֿט פֿון אַן אַלט-מאָדישער אידישקײיט, געמישט מיט אַ ניט-געבילדעטען אַמעריקאַניזם.
עס איז פֿאַרשפֿרײיט אַן אײינדרוק, אַז די ערשטע אידישע אימיגראַנטען זײַנען הױיפֿטזעכליך געװוען פֿאַרברעכער, װועלכע האָבען געמוזט פֿון דערהיים אַנטלױיפֿען אום אױיסצומײידען אַ קרימינעלען פֿראָצעס. דאָס איז אונגעהײיער איבערטריבען. אַזעלכע חברה האָב איך יאָ געפֿונען, דאָס זײַנען אָבער געװוען צואָװואָרפֿענע אײינצעלנע פֿאַלען. די גרױיסע, גרױיסע מאַיאָריטעט אידען, װועלכע זײַנען געקומען אין די זיבעציגער יאָהרען און נאָך פֿריהער, זײַנען געװוען עהרליכע פֿראָסטע מענשען, זעהר אונװוייסענדע, מיט אַ מינאָריטעט פֿון גמרא אידען.
מען מוז אױיך צולײיגען דאָס פֿאָלגענדע : אײיניגע פֿון די 81הײימישע פֿאַרברעכער האָבען אין אַמעריקא, אונטער די נײיע אומשטענדען, גענומען פֿיהרען אַן אַנשטענדיגען לעבען. עס האָט אָבער אױיך אָפֿט געטראָפֿען אַ פֿאַרקערטער פֿאַל : מענשען, װואָס זײַנען אין זײיערע געבורטס-פֿלעצער געװוען אַנשטענדיג, זײַנען דאָ געװואָרען שװוינדלער. אַזעלכע זאַכען פּאַסירען אָבער איבער דער גאַנצער װועלט, אפֿילו אונטער געװויינליכע אומ־ שטענדען, אַ פּשיטא שױין דאָ װואו אַלץ איז אַנדערש װוי אין דערהיים, און װואו מען איז אָפּגעזונדערט פֿון משפּחה, און איבערהױיפֿט פֿון מענשען, מיט װועלכע מען איז אױיסגעװואַקסען צוזאַמען.
װוען איך בין געקומען אין אַמעריקא, איז נאָך דאָ פֿריש געװוען אַ סענסאַציע מיט אײינעם אַ רובינשטיין, אַ דזשוועלרי פֿעדלער, פֿון קאָװונער גובערניע, װועלכער איז באַגאַנגען אַ מאָרד. ער האָט, נעמליך, געטויט זײין פּלימעניצע, כדי צו פֿאַרבאַרגען די אינטימע פֿאַרהעלטניסען, װואָס ער האָט מיט איהר געהאַט.
רובינשטיין איז געװוען אַ פֿרומער איד, אַן אונגעװוההנליך פֿרומער. מיט דעם האָט ער געהאַט אַ שם אין דעם גאַנצען אידישען קװוארטאַל.
זײינע פֿאַרהעלטניסען מיט זײין פּלימעניצע האָבען זיך געענדיגט מיט דעם, װואָס ער האָט איהר אַװועקגעפֿיהרט אין דעם איצטיגען בראָנזװויל (דאַן איז דער געגענד באַשטאַנען פֿון לאַנקעם און פֿעלדער) און האָט איהר געקוילעט מיט אַ מעסער, פֿון דעם סאָרט װועלכען ציגאַרען-מאַכער געברויכען בײי זײיער אַרבייט.
אױיסגעזאָגט האָט ער אײיגענטליך אַלײין. ער האָט דערצעהלט, אַז די מײידעל איז איהם געקומען צו חלום און איהם געזאָגט, אַז איהר טויטער קערפֿער ליגט דאָרטען און דאָרטען (אפֿשר האָט ער מורא געהאַט, אַז דאָס װואָס זי קומט ניט צו קבר ישראל װועט פֿאַרגרעסערען זײין עבירה, און זי װועט איהם קומען שטיקען. װוייניגסטענס איז אַזאַ מײינונג געװוען פֿאַרשפֿרײיט אין דעם קװוארטאַל). דאָס, און דער מעסער, װועלכען ער האָט געקויפֿט אױיף דיװויזשאָן סטריט, האָט געפֿיהרט צו סליאדען אין 82צו פֿאָלשטענדיגע באַװוייזען, אַז ער איז שולדיג. מען האָט איהם פֿאַראורטײילט צום טויט. ער האָט זיך אָבער אַלײין גענומען דעם לעבען אין טומס פּריזאָן.
דאָס איז דאַן געװוען דער אײינציגער אידישער מאָרד אין דער געשיכטע פֿון די אידען אין אמעריקא.
װוען מיר האָבען זיך באַװוייזען, און מען האָט אָנגעהויבען צו הערען רוסיש אױיף די גאַסען, איז דאָס געװוען אַן איבער־ ראַשונג. די פֿאָלגענדע סצענע איז פֿאָרגעקומען מיט מיר פּערזענליך, און אַנדערע פֿון אונזערע אימיגראַנטען האָבען געהאַט עהנליכע ערפֿאַהרונגען :
איך בין געגאַנגען איבער איסט בראָדװויי מיט אַ צווייטען רוסישען אימיגראַנט, שמועסענדיג אױיף רוסיש. עס איז פֿאַרבײי־ געגאַנגען אַ אידענע מיט אַ בעסקעט אױיפֿ'ן האַנט. דערהערענדיג אונזער געשפּרעך, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט, באַקוקט אונז מיט אַ מינע פֿון איבעראַשונג און שפּאָט, און אױיסגעשפּיגען.
— טפֿו ! רוסיש רעדען זײי גאָר ! — האָט זי געזאָגט, — עס איז אײיך װוייניג װואָס איהר האָט געדאַרפֿט די פֿאַסקודנע שפּראַך הערען אין רוסלאַנד ?
פֿילע פֿון די נײי-געקומענע אידען האָבען נעקענט רוסיש ; פֿילע זאָגאַר פֿון די ניט-געבילדעטע ; װואָרים זײי זײַנען מײיסטענס געװוען פֿון מאַלאָראָסיא, װואו די רוסישע שפּראַך איז בײי די אידען געװוען פֿאַרשפֿרײיט אַ סך מעהר װוי אין ליטע. זײי האָבען נעקענט רײידען רוסיש ; אָבער צװוישען זיך האָבען זײי געברויכט אידיש. צװוישען די אימיגראַנטען איז אָבער געװוען אַ אינטעליגענטע מינאָריטעט, װואָס האָט צװוישען זיך אימע־ נערעדט רוסיש ; און דאָס איז אין ניו יאָרק געװוען אַ גרױיסע נײיעס אין יענע צײיטען. מיר זײַנען געװוען די ערשטע גרופּע אינטעליגענטע רוסישע אידען אין אמעריקא.
83אונזער רוסיש רײידען איז אָבער ניט די װויכטיגסטע נײיעס װואָס מיר האָבען אַרײינגעבראַכט אין דעם אידישען קװוארטאַל. דער אָנהויב פֿון דער גרױיסער אימיגראַציע איז געװוען דער אָנהויב פֿון אַ נײיעם אײינפֿלוס. עס האָבען אָנגעפֿאַנגען צו קומען מענשען, װועלכע האָבען אין זײיערע הערצער געטראָגען דעם שם המפֿורש פֿון דער פֿאָרטגעשריטענער רוסישער קולטור, און זײי האָבען פֿאַרזײיהט קערנער פֿון אַ נײיער באַװועגונג מיט אַ נײיעם לעבען.
די ערשטע צײיט האָט זיך געפֿיהלט דער צוזאַמענשטויס פֿון די פֿאַרשידענע גײיסטער : דער גײיסט פֿון דער פֿאָרטגע־ שריטענער רוסישער אינטעליגענץ און דער גײיסט פֿון דעם אַלטמאָדישען סואװואָלקער אידען.
די פֿריהערדיגע אימיגראַנטען האָבען אױיף אונז געקוקט װוי אױיף אפֿיקורסים און משוגעים ; און מיר האָבען זײי באַטראַכט װוי אינטעליגענטען באַטראַכטען אונװוייסענדע פֿאַרצײיטיגע מענשען.
דאָ האָנדעלט זיך װועגען דער אינטעליגענטער רוסישער אימיגראַציע אין אַלגעמיין. אָבער אין איהר איז געװוען אַ מינאָריטעט, װואָס האָט פֿון רוסלאַנד געבראַכט די פֿאָהן פֿון אידעאַליזם. איך מײין די, װואָס האָבען אין דערהיים סימפּאַ־ טיזירט מיט דער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג.
דער גײיסט, װועלכען מיר האָבען דאָ פֿאַרשפֿרײיט, איז געװוען אַ נײיע זאַך, ניט נאָר פֿאַר די סואװואָלקער אידען, נאָר אױיך פֿאַר אַ גרױיסער מאַיאָריטעט פֿון אונזערע אײיגענע מיטװואַנדערער; װואָרים אין דערהיים האָט די אידישע מאַסע דעמאָלט פֿון סאָציאַליסטישע אידעען װוייניג געװואוסט. די צענזור און די שרעק פֿאַר די זשאַנדאַרען האָט דעם סאָציאַליזם אין רוסלאַנד אַרומגעצאָמט מיט אַ װואַנט פֿון ביקסען און תליות. װועגען דעם „בונד" האָט זיך נאָך ניט גע'חלום'ט. ער איז געגרינדעט געװואָרען אין װוילנא מיט פֿופֿצעהן יאָהר שפּעטער. די אידישע אַרבייטער, װועלכע מיר האָבען אין װוילנא געלערנט די סאָציאַ־ ליסטישע געדאַנקען, זײַנען געװוען זעהר קלײין אין צאָהל — 84אַ הײיפֿעלע. און דיזע הײיפֿעלע איז איצט כמעט אינגאַנצען געקומען קײין אַמעריקא.
איך בין ניט אָפּגעװוען אין ניו יאָרק קײין דרײי טעג, װוען פֿאַר מיר איז קלאָר געװואָרען, אַז די האָפֿנונג אױיף קאָלאָניעס איז אַ פּוסטער חלום.
דער אמת איז, אַז צו אַ דאָרף-לעבען, צו ערד-אַרבייט און צו דער סאָרט עקזיסטענץ, װואָס איז מיט איהר פֿאַרבונדען, האָב איך קײין חשק ניט געהאַט. מיר האָט געצויגען צו דער שטאָדט. איך בין געװוען פֿול מיט טעמפּעראַמענט און לעבענס־ לוסט, גאָר אַנאַנדער טיפּ װוי דער געבאָרענער קאָלאָניסט. און װוי די הארץ פֿיהלט, אַזױי דענקט דער מוח.
אָבער אַז קאָמוניסטישע פֿאַרמער-קאָלאָניעס אין אַמעריקא זײַנען איבערהױיפֿט אַ טרוים — דאָס איז ניט געװוען נאָר אַ געפֿיהל-זאַך ; אין דעם האָט מען זיך לײיכט געקענט איבערצײיגען. איך בין ניט געװוען דער אײינציגער, װואָס האָט אין אַזעלכע פּלענער גלײיך אױיפֿגעהערט צו גלױיבען.
איך האָב מײין מײינונג אין דיזער באַציהונג אױיסגעדריקט אָפֿען און שאַרף, אפֿשר אַביסעל צו שאַרף. עטליכע פֿון אונזערע אימיגראַנטען זײַנען געװוען אױיפֿגערעגט פֿון מײינע װוערטער, אין אײינער פֿון זײי האָט זיך מיט מיר צוקריגט, פֿאַרװואָס איך פֿיהר אָן אַן אַגיטאַציע געגען זײינע אידעאַלען.
דער נומער 2 פֿון דעם רעװואָלוציאָנערען רוסישען זשורנאַל „װופּעריאָד", װועלכער איז ערשינען אין דער שװוייץ אין די זיבעציגסטע יאָהרען, האָט ענטהאַלטען אַן אַרטיקעל, צוגעשיקט פֿון אַמעריקא, װועגען קאָמוניסטישע קאָלאָניעס. דער אַרטיקעל איז געװוען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ בריעף פֿון אײינעם װוילליאַם פֿרעי, אַ געלערטער רוסישער קאַפּיטאַן, װועלכער איז מיט עטליכע 85יאָהר פֿריהער געקומען קײין אַמעריקא, צוזאַמען מיט נאָך עטליכע רוסישע אידעאַליסטען, מיט דעם צװועק אַזעלכע קאָלאָניעס צו גרינדען.
דעם בריעף האָט ער צוגעשיקט פֿון דעם סטײיט קעגזעס, װואו ער האָט דאַן געװואוינט אױיף אַ קאָמוניסטישען פֿאַרם. דאָס איז געװוען מיט עטליכע יאָהר פֿריהער אײידער איך האָב עמיגרירט קײין אַמעריקא. װוען איך בין אַהער געקומען, האָט זיך פֿרעי געפֿונען אין ניו יאָרק ; און װוי מיר װועלען װוייטער זעהן, האָט ער אַ געװויסע צײיט געהאַט אַ גײיסטיגען אײינפֿלוס אױיף אונזערע אינטעליגענטע אימיגראַנטען. אין רוסלאַנד איז ער צוערשט געװוען אַ הײיסער אָנהענגער פֿון טשערנישעװוסקי'ן און אַ רעװואָלוציאָנער. דערנאָך איז ער איבערגעגאַנגען צו אַ רײין־ אידעאַליסטישען קאָמוניזם און אַ געגנערשאַפֿט צו רעװואָלוציעס.
דאַן האָט ער זיך באַשלאָסען צו עמיגרירען קײין אַמעריקא. ער האָט אױיפֿגעגעבען אַ גלענצענדע קאַריערע און איז געפֿאָהרען אין דער נײיער װועלט, מיט'ן צװועק צו דינען זײין אידעאַל. שפּעטער, זײיענדיג אין אַמעריקא, איז ער געװואָרען אַן אָנהענגער פֿון אױגוסט קאָנט'ס פּאָזיטיװויסטישער פֿילאָזאָפֿיע. ער האָט אָנגעהױיבען צו פּרעדיגען קאָנט'ס „רעליגיע פֿון דער מענשהײיט". און צו דעם האָט ער צוגעלײיגט די קאָמוניסטישע אידעע, מיט װועלכער ער איז געקומען קײין אַמעריקא. צוזאַמען מיט דעם האָט ער געפּרעדיגט געגען יעדער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג, געגען יעדען קאַמף ; אפֿילו געגען דעם קאַמף, װואָס די אַרבייטער פֿיהרען אָן פֿאַר העכערע װוייידזשעס אָדער קירצערע אַרבייטס-שטונדען. דאָס אַלץ איז געװוען אַ טײיל פֿון זײין „מענשהײיטס-רעליגיאָן".
אין דעם זעלבען נומער „װופּעריאָד" האָט זיך געפֿונען אַן אַנטװואָרט פֿון דער רעדאַקציע, אין װועלכען עס איז געװוען אױיסגעדריקט אונגעפֿעהר דער פֿאָלגענדער געדאַנק :
די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם מוז פֿאַרניכטעט װוערען דורד גרױיסע מאַסען-באַװועגונגען ; מיט קלײינע קאָמוניסטישע קאָלאָניעם קען מען אין דעם ניט װוירקען. די רעדאַקציע פֿון „װופּעריאָד" רעדט מיט רעספּעקט װועגען די באַגײיסטערטע קאָמוניסטען, װואָס 86װוילען אַזאַ קאָלאָניע אָפּגעבען זײיערע קרעפֿטען ; זי ניט זײי קאָמפּלימענטמען ; זי פֿאַרגלייכט אָבער זײיער אונטערנעהמונג צו אַ פֿלאַנצונג, װואָס װוערט געהאָדעװועט מיט קינסטליכע מיטלען, אונטער אַ גלאָז, מיט ספּעציעלע באַהײיצונגען. אין דעם שיקזאָל פֿון דער מענשהײיט קענען אַזעלכע קינסטליכע אונטערנעהמונגען קײין באַדײיטונג ניט האָבען. פֿאַר איהר האָט אַ באַדײיטונג נאָר אַזאַ באַװועגונג, װואָס האָט אַ נ אַ ט י ר ל י כ ע ן כאַראַקטער, און געהט אָן אױיף אַ גרױיסען און רעװואָלוציאָנערען שטײיגער.
אַ פֿאָר נומערען פֿון דעם זשורנאַל „װופּעריאָד" האָב איך געזעהן נאָך זײיענדיג אין װוילנא. אָבער פֿרעי'ס בריף און די באַמערקונג פֿון דער רעדאַקציע צו איהם האָב איך דאַן ניט געלעזען. דעם באַטרעפֿענדען נומער 2 האָב איך איבערגעלעזען ערשט דאָ אין ניו יאָרק. מיר האָט דאָס געליהען אײינער פֿון פֿרעי'ס אָנהענגער, דאַכט זיך ענגעלהאַרדט (אַ רוס).
דער אַנטװואָרט פֿון דער „װופּעריאָד"-רעדאַקציע האָט אױיף מיר געמאַכט אַ שטאַרקען אײינדרוק. עס האָט מיר מײינע אױיגען געעפֿענט.
איך האָב װועגען דעם ענין אַ סך געקלעהרט און בין געקומען צו פֿעסטע איבערצײיגונגען װועגען איהם ; דיזע איבער־ צײיגונגען האָבען בײי מיר זיך אױיסגעאַרבייט אין פֿאַרבינדונג מיט אַ משל, װועלכען איך האָב געלעזען אין אַ רוסישער כרעסטאָמאַטיע (אַ לעזע-בוך פֿאַר שול קינדער) : אַ נאַר איז צו אײינעם געקומען פֿאַרקויפֿען אַ הויז, און אַלס אַ „סעמפּעל" האָט ער איהם געבראַכט אַ ציגעל. איך האָב דעם דאָזיגען משל צונעפּאַסט אױיפֿ'ן פֿאָלגענדען שטײיגער :
דער סאָציאַליזם קען ניט פֿאַרװוירקליכט װוערען דורך סעמפּעל קאָלאָניעס, נאָר דורך דער גרױיסער ברײיטער אַרבייטער באַװועגונג. װואָס פֿאַר אַ ממשות קען האָבען אַ קאָמוניסטישע קאָלאָניע, װוען דאָס גאַנצע לאַנד איז אַ קאַפּיטאַליסטישע און די קאָלאָניע מוז אױיף טריט און שריט זײין אָפֿהענגיג אָן קאַפּיטאַליסטישע באַהאַנען, באַנקען און קראָמען, און מוז 87קאָנקורירען מיט ריזיגע קאַפּיטאַליסטישע פֿאַרמס. די גאַנצע געזעלשאַפֿטליכע געבײידע פֿון דער ציװויליזירטער װועלט מוז געענדערט װוערען : אַ באַזונדערער ציגעל קען דאָ אַלס סעמפּעל ניט דינען.
אַזױי האָב איך גע'טענה'ט אין מײינע דעבאַטען מיט אָנהענגער פֿון סאָציאַליסטישע קאָלאָניעס.
אַלס אַ שטיצע צו דיזען אַרגומענט, האָב איך געהאַט לעבעדינע בײישפּילען. פּראָבעם אױיף צו גרינדען קאָמוניסטישע קאָלאָניעס זײַנען אין אַמעריקא געמאַכט געװואָרען אַ סך און מיט דער אױיסנאַהמע פֿון דער רעליגיעזער סעקטע „שוועיקערס", בײי װועלכער די קאָמונעס האַלטען זיך אױיף אַ משונה'דיגען רעליגיעזען פֿונדאַמענט, זײַנען אַלע דורכגעפֿאַלען.
איך געדענק עטליכע געשפּרעכען, װואָס איך האָב געהאַט װועגען דיזער פֿראַגע און דעם פֿײיער, מיט װועלכען איך האָב געפּרובט איבערצײיגען אונזערע קאָלאָניע-ענטוזיאַסטען, אַז זײי פֿאַרברענגען זײיער ענרגיע און צײיט אױיף אַ פּוסטען חלום.
איך האָב זיך אױיסגעשריבען פֿון דעם באַלטער קרוושאַס. איך האָב דערפֿיהלט אַ טיפֿען אינטערעס אין דעם קאַכינען לעבען פֿון דער גרױיסער אַמעריקאַנער שטאָדט. פֿריהער האָב איך נאָר געלעזען װועגען דעם קאַפּיטאַליזם ; איצט האָב איך איהם דער־ זעהן און דערפֿיהלט אין לעבען. ער האָט מיך אַרומגערינגעלט פֿון אַלע זײיטען.
מיר האָבען אין ניו יאָרק געפֿונען אַ טעגליכע סאָציאַליסטי־ שע צײיטונג : די דײיטשע „פֿאָלקס-צײיטונג", װועלכע איז גע־ גרינדעט געװואָרען מיט עטליכע יאָהר פֿריהער. פֿאַר אונז, רוסישע סאָציאַליסטען, איז דאָס געװוען אַן אמת'ער אוצר. אין רוסלאַנד איז אַ סאָציאַליסטישע צײיטונג געװוען אַ געפֿעהרליכע געהיימע זאַך, אַן אונטער-ערדישער אַרטיקעל ; און ערשינען זײַנען אַזעל־ 88כע שריפֿטען דאָרטען נאָר פֿון צײיט צו צײיט. און דאָ — גאַנץ אָפֿען און רעגעלמעסיג, אַלע טאָג !
צוערשט איז דאָס לעזען אונז אָנגעקומען שווערליך ; אָבער װויפֿיל דאַרף בײי אונזערען אַ אידען נעהמען זיך אױיסצו־ לערנען דייטש ? אײיניגע פֿון אונז האָבען זיך אױיסגעלערענט אַ היבש ביסעל דייטש אַ סך פֿריהער װוי זײי זײַנען באַקאנט גע־ װוארען מיט דער ענגלישער שפּראַך — טאַקע דורך דער סאָציאַ־ ליסטישער „פֿאָלקס-צײיטונג".
דיזע צײיטונג האָט אין דעם גײיסטיגען לעבען פֿון אונזערע ערשטע אינטעליגענטע אימיגראַנטען געשפּילט אַ גרױיסע ראָלע.
זי איז געװוען אַ שטרענג סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אָרגאַן. אין יעדען נומער האָבען מיר געפֿונען אַ מאַרקסיסטישע באַלײיכ־ טונג פֿון די טעגליכע פֿאַסירונגען — שפּײיז פֿאַר נײיע געדאַנקען.
אין דער היים איז אונזער סאָציאַליסטישע ענטװויקלונג גע־ װוען כמעט באַשרענקט אױיף עטליכע אונטער-ערדישע ביכלעך און בלעטלעך, און זײי זײַנען געװוען פֿאַרנומען מיט דעם געהיימען רעװואָלוציאָנערען קאַמף ; און דאָ האָבען מיר יעדען טאָג גע־ האָט טעגליכע נײיעם מיט אַ סאָציאַליסטישען פּשט, אַ מאַרקסיסטישען פֿירוש אױיף דעם טעגליכען לעבען אין אַ גרױיסער קאַפּיטאַליסטישער לאַנד. יעדער טאָג האָט אונז געבראַכט פּראַק־ טישע לעסאָנס אין מאַרקסיסטישען סאָציאַליזם.
פֿון דעם איז װואָס אַ טאָג מיר דײיטליכער געװואָרען, װוי װוייניג ממשות עס האָט דער פּלאַן װועגען סאָציאַליסטישע קאָ־ לאָניעם.
אײינער פֿון די צוויי הויפּט-רעדאַקטאָרען פֿון דער „פֿאָלקס־ צײיטונג" איז דאַן געװוען סערגעי שעװויטש, װועלכער איז אַלײין געװוען פֿון רוסלאַנד. ער איז געװוען אַ דײיטשער באַראָן פֿון דעם לאַטװוישען געגענד. זײין ערציהונג האָט ער אָבער באַקומען אין אַ רוסישער גימנאַזיע און אוניװוערסיטעט ; און אַ חוץ רוסיש און דייטש, האָט ער גוט גערעדט און געשריבען פֿראַנצױיזיש, ענגליש און איטאַליעניש. זײין סאָציאַליזם האָט ער געלערענט טײילװוייז 89אין רוסלאַנד און טײילװוייז אין דײיטשלאַנד. זײין פֿרױי איז גע־ װוען די באַריהמטע העלענא פֿאָן ראַקאָװויטץ, צוליב װועלכער פֿערדינאַנד לאַסאַל איז געפֿאַלען אין אַ דועל.
שעװויטש איז געװוען אַ טאַלאַנטפֿולער שרײיבער און רעדנער, און זײין פֿאַרבינדונג מיט דער „פֿאָלקס-צײיטונג" האָט געהאַט אַ סך צו טאָן מיט דעם אײינפֿלוס װואָס די צײיטונג האָט דאַן געהאַט אױיף אונז.
שפּעטער אַביסעל װועט מיר אױיסקומען צו דערצעהלען װועגען אַ רוסישער רעדע, װואָס איך האָב געהערט פֿון דיזען באַגאַבטען מאַן. דאָס איז געװוען אין מיטען יולי. פֿריהער האָב איך בײיגע־ װואוינט אַ דײיטשען אַרבייטער-מיטינג, אױיף דער צװוייטער עװע־ ניו, לעבען האָוסטאָן סטריט װואו ער האָט גערעדט אױיף דייטש, ער און אַלעקסאַנדער יאָנאַס, דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער „פֿאָלקס-צײיטונג" (שעװויטש איז געװוען רעדאַקטאָר פֿון דעם זונ־ טאָג-נומער און מיט-רעדאַקטאָר פֿון דער טעגליכער צײיטונג). דאָס איז געװוען די ערשטע אַרבייטער-פֿאַרזאַמלונג, װואָס איך האָב װוען עס איז געזעהן. די דײיטשע רעדעס האָב איך ניט אינגאַנצען פֿאַרשטאַנען ; זײיער אַלגעמיינעם זין האָב איך אָבער באַנומען. און איך קען ניט געפֿינען קײין װוערטער איבערצוגעבען דעם אײינדרוק װואָס זײי האָבען אױיף מיר געמאַכט. איך בין געזעסען אין אַ פֿיבער פֿון התלהבות.
הײינט װוי האָט מיר שױין געקענט ליגען אין זינען אַ קאָמו־ ניסטישע קאָלאָניע ערגעץ װוייט, װוייט פֿון דעם קאָכיגען לעבען מיט זײין אַרבייטער קאַמף, אַ קאָלאָניע, װואָס קען קעמפֿען מיט דער גרױיסער קאַפּיטאַליסטישער װועלט נאָר װוי אַ פֿליג מיט אַ העלפֿאַנט ? טאָמער איז נאָך בײי מיר פֿאַרבליבען אַ שפּור פֿון אַ טרוים װועגען אַ גן עדן התחתון, װואו מיר װועלען פֿאַרװוירקלי־ כען דעם סאָציאַליסטישען אידעאַל אין אַ קלײינער מאָס, אָבער אױיפֿ'ן שטעל, איז ער איצט זיך צוגאַנגען װוי אַ רויך.
די „פֿאָלקס-צײיטונג" און די דײיטשע סאָציאַליסטישע מי־ טינגען האָבען פֿאַרנומען דעם פּלאַץ, װועלכען פֿריהער האָט אין מיר געהאַט דער קאָלאָניע געדאַנק.
90אמעריקא'ס פֿרײיהײיט האָב איך געפֿיהלט יעדע מינוט. עס האָט זיך מיר געדוכט, אַז איך אָטעם פֿרײיער און טיפֿער װוי איך האָב װוען עס איז געאָטעמט. צו דער זעלבער צײיט האָב איך אָבער צו זיך געזאָגט : „דאָס אַלץ איז אַ טורמע פֿון קאַפּיטאַל".
װוי מיר װועלען זעהן װוייטער, האָב איך די ערשטע עטלי־ כע מאָנאַט געאַרבייט אין פֿאַבריקען און דאָרטען האָב איך זיך געפֿיהלט נאָך ערגער װוי אַ שקלאַף. אין מײין מוח איז געװוען אַ פּלאַנטער.
איך נעדענק מײין פּלאַן צו דרוקען „סאָציאַליסטישע פּראָ־ קלאַמאַציעם" און טײילען זײי אין די גאַסען, בשעת די אַרבײי־ טער געהען פֿון דער אַרבייט. און און פֿאַר זיך װואָלט דאָס גאָרנישט געװוען נאַריש. בײי מיר האָט דאָס אָבער געהאַט דעם טעם פֿון אַן אונטער-ערדישער אַגיטאַציע, װועלכע װואָלט אין אמעריקא קײין זין ניט געהאַט. פֿון רוסלאַנד האָב איך געהאַט אַ באַגריף, אַז נאָר דאָס איז דאָס הײיליג, װואָס װוערט געטאָן אונטער דער ערד, נאָר דאָס װואָס מען טאָר ניט טאָן ; אָבער דאָרטען, אין רוסלאַנד, אַז מען האָט געטײילט פּראָקלאַמאַציעס איז דאָס געװוען אַ געהיימע אַרבייט, און עס האָט געשמעקט מיט סיביר. דאָ, װוידער, איז דאָס ניט געװוען פֿאַרבונדען מיט קײין שום געפֿאַהר.
די אױיסערליכע פֿאָרמע פֿון דער זאַך האָט בײי מיר געהאַט דעם רעװואָלוציאָנערען רוסישען טעם. אָט אין דעם איז געלעגען די קדושה. איך האָב זיך געװואָלט אײינרײידען, אַז טײילענדיג סאָ־ ציאַליסטישע בלעטלעך, פֿיהר איך דעם לעבען פֿון אַ רוסישען רע־ װואָלוציאָנער דאָ אין ניו יאָרק. דער װוערט פּראָקלאַמאַציע גופֿא האָט בײי מיר געהאַט אַ הײיליגען קלאַנג. פֿאַרבאָטענע פֿרוכט, װועלכע איז ניט פֿאַרבאָטען.
אױיף אַנאַנדער שטײיגער, אָבער מיט דעמזעלבען עיקר, האָ־ בעז דאָ אין אמעריקא זיך געפֿיהלט און געפֿיהרט הונדערטער 91רוסישע רעװואָלוציאָנערען אין שפּעטערע יאָהרען. אַזױי װוי אין אמעריקא איז ניטאָ קײין געהיימע סאָציאַליסטישע באַװועגונג, האָט דער רוסישער רעװואָלוציאָנער אױיף דער הינגער באַװועגונג גע־ קוקט מיט פּאַראַכטונג. װואָס איז דאָס פֿאַר אַ סאָציאַליזם, אַז מען דאַרף זיך מיט איהם ניט באַהאַלטען ? אי דער סאָציאַליזם גופֿא לערענט דאָך, אַז מען מוז האָבען אין זינען די ספּעציעלע אומשטענדען פֿון דעם אָרט און פֿון דער צײיט ? דאָס מאַכט ניט אױיס ! די קראַפֿט פֿון אײינגעװוארצעלטע באַגריפֿען איז גרע־ סער װוי די קראַפֿט פֿון לאָגיק און פֿון דעם פּראַקטישען פֿאַר־ שטאַנד. אָבער דאָס איז אפֿשר ניט דאָס װויכטינסטע. דער ראָמאַנטישער געפֿיהל פֿון געפֿאַהר, בשעת מען טום װואָס מען טאָר ניט — אָט דאָס האָט מסתמא דערבײי געשפּילט די הויפּט־ ראָלע. װוייבאַלד אַז מען מעג, און עס איז ניטאָ קײין געפֿאַהר, איז מען ניט קײין העלד ; דאַן איז דער גאַנצער סאָציאַליזם אַ „װואָסערדינגער".
אין די אַכציגער יאָהרען איז לײיכט געװוען צו קריגען לאַנד אין אמעריקא. די רעגירונג האָט דאָס געגעבען כמעט אומ־ זיסט. אָבער גרינדען אַ גרױיסע פֿאַרם מיט הױלע הענט קען מען ניט ; מען מוז צו דעם לאַנד האָבען אַ הויז, אַ שטאַל, געצײיג, מאַשינען, בהמות, װועגען און אַזױי װוייטער. פֿאַר הונדערטער, אױיב ניט טויזענדער, אימיגראַנטען װואָלט דאָס אַלץ באַטראָפֿען אַן אײיגענס, און די קאָמיטע האָט דאָס ניט פֿאַרמאָגט. דער רעזולטאַט איז געװוען אַז אפֿילו די, װואָס זײַנען געבליבען טרײי זײיער פּלאַן צו גרינדען אַ אידעאַליסטישע קאָלאָניע, האָבען איהם אױיך געמוזט אָפּלײיגען אָן אַ זײיט.
עס איז בלױיז געװוען אײין אױיסנאַהם — די גרופּע „ניו אדעסא". זי האָט װוירקליך געמאַכט אַ פּראָבע צו גרינדען אַ 92קאָמוניסטישע קאָלאָניע — אַ פּראָבע, לאָמיר גלייך אױיסזאָגן, װועלכע האָט סוף כל סוף זיך אױיך געענדיגט מיט אַ דורכפאַל.
יאָ קאָלאָניעס, צי ניט קאָלאָניעס, דערװוייל האָט מען געמוזט האָבן פֿון װואַנען צו לעבן. האָבן אַלע אימיגראַנטען גענומען זוכען עפּעס אַ באַשעפֿטיגונג — אין ניו יאָרק אָדער אין אַנדערע שטעדט. אַלע האָבן גערעדט װועגן „מאַכען אַ לעבען". דאָס איז געװוען אײנער פֿון די ערשטע אַמעריקאַניזמען, װועלכע האָבן זיך ניט־װוילענדיג אױיסגעלערענט. איך זאָג „ניט־װוילענ־דיג", װוייל דער אַמעריקאַנער אידיש האָט אונז דאַן געגרילצט אין די אױיערען, װוי יעדען „גרינעם".
די, װואָס זיינען געקומען אַהער אָהן פֿאַרטייען און אָהן גע־זעלשאַפֿטליכע אידעאַלען, האָבן ענטװועדער געזוכט אַרבייט אָדער זיי האָבן זיך גענומען צום פּעדלען; די אָבער, װואָס זיינען געקו־מען אַלם מיטגלידער פֿון אידעאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס, האָבן געהאַט אין זינען נאָר אַרבייט. װועגן פּעדלען האָבן זיי אַפֿילו ניט געטראַכט.
אין דעם װוילנער קרוזשאָק „עם עולם", איז געװוען אַ מיט־גליד, װועמען אַן אַמעריקאַניזירטע קוזינע האָט געמאַכט פֿאַר אַ פּעדלער, איז ער פֿאַרשװואָונדען. ער האָט זיך געשעהמט צו װוייזען פֿאַר די איבעריגע מיטגלידער אין די אױיגען; אַזױי װוי ער װואָלט זיך גענומען פֿאַר אַן אונאַנשטענדיגע באַשעפֿטיגונג.
די ראַדיקאַלע אימיגראַנטען האָבן געװויס ניט געטראַכט װועגן פּעדלען. אָבער אַפֿילו אונװויסענדע אָרטאָדאָקסישע אידען פֿון די אימיגראַנטען־פּאַרטייען האָבן אױיך געהאַלטען פּעדלעריי און האַנדעל פֿאַר אַ שענדליכע באַשעפֿטיגונג; נאָר אַרבייטען, און טאַקע אַרבייטען מיט די הענט! נאָר דאָס איז געװוען באַ־טראַכט פֿאַר אַן אָרענטליכען מיטעל צו פֿאַרדינגען אױיף חיונה.
דער קאָמיטעט האָט געטרייט צו געפֿינען אַרבייט פֿאַר די אימיגראַנטען און איך האָב זיך געװואָנדעט צו איהם נאָך אַזאָ באַשעפֿטיגונג. צװוישען די מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט זיינען געװוען ניט װוייניג פֿאַבריקאַנטען און עטליכע פֿון זיי האָבן אַ 93געװויסע צאָהל פֿון אונז צוגענומען צו זיך. אַ רייכער פֿאַברי־קאַנט מיט'ן נאָמען שטאַכעלבערג, האָט געהאַט אַ פֿעקטאָרי פֿון אַ הױיכען סאָרט ציגאַרען. אַ צװוייטער האָט געהאַט אַ פֿאַבריק פֿון שפּיל־צייג, אַ דריטער פֿון לולקעם, אַון אַזױי װוייטער. איך האָב געקראָגען אַ דזשאַב אױיף שטאַכעלבערג'ס פֿאַבריק. דאָס איז געװוען אױיף סאָוטה פֿינפֿטע עוועניו (איצט הייסט עס װועסט בראָדװוויי), צװוישען גרענד און ברום. מען האָט מיך אַװועקגע־זעצט אין אַ קעלער „סטריפּען" טאַבאַק, דאָס הייסט, אַרױיסציהען די „קאָרענעם" פֿון די בלעטער.
שטאַכעלבערג איז אַליין געװוען פֿון גרױיס־פּױילען, ניט װוייט פֿון דעם דייטשען גרענעץ. ער האָט אָבער פֿריהער װואַהרשיינליך געװואױינט ערגעץ אין דייטשלאַנד גופֿא. װואָרים ער האָט גערעדט דייטש. דאָס איז געװוען ניט קיין הױיכער, דיקליכער מאַן מיט רױיטע באַקען. ער איז אימער געװוען אױיסגעפּוצט װוי אַ פּראַנט און איך געדענק איהם מיט זיין נידעריגער העלער „דוירבי" הוט, װועלכע איז יענעם זומער געװוען אין דער מאָדע. איך געדענק איהם מיט אַ ציגאַר אין מױיל, װוי ער שטעהט אָהן אַ ראָק און רעדט צו די צװוייי, דריי אימיגראַנטען, װועלכע ער האָט געגעבען דזשאַבס באַ זיך.
איך האָב געפֿיהלט, אַז ער מיינט טאַקע צו טאָן עטװואָס פֿאַר די אימיגראַנטען און אַז צו באַרױיבען זיי, האָט ער ניט אין זינען. ער האָט אָפֿען געזאָגט, אַז ער קען אונז נאָר האַלטען עטליכע װואָכען ביז מיר װועלען זיך אַביסעל צוגעװואױינען צו אַמעריקא און זיין אימשטאַנד צו קריגען עפּעס אַן אַנדער באַשעפֿטיגונג; װואָרים ער װוייל דערנאָך צונעהמען נייע אימיגראַנטען, אױיך נאָר אױיף עטליכע װואָכען. עס איז לייכט געװוען צו פֿאַרשטעהן, אַז נױיטיגען, נױיטיגט ער זיך אין אונז ניט, װואָרים אַזעלכע „קינצלער" װוי מיר, האָט ער צװוישען אײרישע, דייטשען, אָדער אַמעריקאַנער געקענט קריגען אַ סך. און אַ פֿרייז האָט ער אונז געצאָהלט װוי אַלע פֿאַבריקאַנטען האָבן געצאָהלט פֿאַר אַזאָ אַרבייט — דריי, פֿיער דאָלער אַ װואָך. איך האָב אױיך געװואוסט, אַז ער לאָזט זיך קאָסטען אױיף דעם קאָמיטעט היבשע סומען און אַז ער איז זעהר טעטיג אין איהם. ער האָט איבערהױיפּט 94ניט געמאַכט קיין שלעכטען איינדרוק. ער האָט זיך אָבער גע־האַלטען שטאָלץ און זיין אױיסזעהן האָט זיך אָפּגעדרוקט אין מיין מוח װוי אַ בילד פֿון אַן „עכטען בורזשואַ"; מיר האָט זיך גע־דוכט אַז דעם גאַנצען לעבען האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט אַ בורזשואַ אין אַזאָ געשטאַלט װוי שטאַכעלבערג'ס.
דאָס סטריפּען איז מיר ניט לייכט ניט אָנגעקומען. איך בין פּשוט ניט צוגעװואױינט געװוען צו פֿיזישער אַרבייט. זינט איך בין אַלט געװוען פֿינף יאָהר האָב איך געלערענט, געלייענט, גע־שריבען, גערעכענט. יעדע שטונדע קערפּערליכע אַרבייט איז מיר געװוען אַ יאָהר; װוען ניט דער מיט־אַרבייטער, װואָס איז גע־זעסען לעבען מיר װואָלט מיר געװוען נאָך שװוערער.
דיזער שכן מיינער איז געװוען בערנאַרד װוינשטיין, װועל־כער איז גאַנץ גוט באַקאַנט אין דער אידישער אַרבייטער באַ־װועגונג. דאָרטען האָבן מיר זיך באַגעגענט צום ערשטען מאָל. ער איז געװוען מיט זעקס יאָהר אינגער פֿאַר מיר. אַן אדעסער אינגעל, זעהר אַ סימפּאַטישער, אַן עהרליכער, אַ גוטער. מיר האָ־בען צװוישען זיך גערעדט רוסיש און די געשפּרעכען װואָס מיר האָבן געהאַט, זיינען פֿאַר מיר געװוען אַ ליבער צייט־פֿאַרטרייב. איך האָב איהם ערקלעהרט דעם סאָציאַליזם און דערצעהלט װוע־גען דעם רוסישען רעװואָלוציאָנערען קאַמף; ער האָט זיך צו־געהערט מיט אַ טיפֿען אינטערעס, און דאָס האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגען. אַזױי זיצענדיג און שמועסענדיג, פֿלעג איך פֿאַרגעס־סען אָן דער נודנעקסייט פֿון מיין פּראָצע. איך פֿלעג אַ שלעפּ טאָן דעם „קאָרען" מיט אַ באַגייסטערטען צוה, אַזױי װוי אַ שמייץ מיט אַ בייטש. פֿון אימפּעט פֿלעגט ער זיך אַרומװויקלען אַרום מיין האַנד. און אַזױי ציהענדיג אַ „קאָרען" נאָך אַ „קאָרען", אָפּ־רייניגענדיג אַ בלאַט נאָך אַ בלאַט, פֿלעג איך דערצעהלען און טאַלקעװוען ביז דער פֿאָרמאַן האָט אױיף מיר אַ בליק געװואָרפֿען.
הערמאַן, דער פֿאָרמאַן פֿון יענער אָפּטיילונג, איז געװוען אַ דייטשער „יהודי" מיט גרױיסע, שיטערע, שװואַרצע באַקען־בערד. ער איז אױיך געװוען אַ גוטער מענש; און דאָס האָט אױיך געהאָל־פֿען פֿאַרגרינגערען מיין לאָסט.
אױיף די אױיבערשטע עטאַזשען האָבן געאַרבייט די צי־
95גאַרען־מאַכער, די באַנטש־מאַכער און די פּעקערס.
אײנער פֿון די ציגאַרען־מאַכער אױיף שטאַכעלבערג'ס פֿאַבריק איז דאַן געװוען סעמיועל גאָמפּערס, װועלכער איז שפּעטער געװואָ־רען דער הױיפּט פֿיהרער פֿון די אַמעריקאַנער טרייד יוניאָנס, דער איינפֿלוסרייכער פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקען פֿעדעריישאָן אָװו לייבאָר. איך גלױיב ניט, אַז אױיך האָב איהם דאַן געזעהן. מיין פֿריינד װוינשטיין אָבער פֿלעגט אױיף די העכערע עטאַ־זשען טאָן געװויסע אַרבייט אַלם געהילף, און ער איז מיט גאָמ־פּערס'ען דאָרטען באַקאַנט געװואָרען.
װוען עס האָבן זיך געענדיגט די עטליכע װואָכען, בין איך געגאַנגען זוכען אַרבייט אין אַן אַנדער פֿעקטאָרי. איך האָב געפֿונען אַ דזשאַב באַי בלעך אױיף הובער סטריט, אַ קליין געסעל אױיף דער װועסט סייד, דאָון טאָון, ניט װוייט פֿון קאַנעל סטריט. דאָרטען איז מיר אױיסגעקומען צו שטעהן אַ גאַנצען טאָג באַי אַ מאַשין, װואוהין איך האָב אַריינגעלעגט דעקלעך צו בלעכענע פּושקעלעך. פֿון יעדען טראָט, װואָס איך האָב געטאָן מיט'ן פֿום, האָט זיך די שטיקעל בלעך אױיסגעבױיגען, און עס איז געװואָרען אַ דעקעל. די אַרבייט איז געװוען זעהר אַ לייכטע, אָבער זי איז געװוען נאָך לאַנגװוייליגער װוי מיין דזשאַב באַי די טאַבאַק; די „אַלץ־דאָס־זעלבינגקייט" האָט מיך געמוטשעט. שטעה אַ גאַנצען טאָג, ליין שטיקלעך בלעך און טרעט צו מיט'ן פֿום! פֿאַר מיר איז דאָס געװוען קאַטאָרגע.
איך פֿלעג בוכשטעבליך צעהלען די מינוטען. איך פֿלעג זיך צוקוקען צו די אַרומיגע סצענעס, צו די אַרומיגע באַים, מייד־לעך. אַלע צװוייי אָדער דריי מינוט פֿלעג איך אַ דרעה טאָן די קאָפּ אַ קוק צו טאָן אױיפּ'ן זייגער. װוען מען פֿלעגט נעהמען פֿייפֿען צו לאַנטש, בין איך געװוען דער גליקליכסטער מענש אין דער גאַנצער פֿעקטאָרי; און שפּעטער, זעקס אוהר, װוען עס האָט זיך דערהערט דער פֿייף אױיף צו געהן אַהיים, פֿלעג איך זיין אױיפֿגערעגט פֿון שמחה. איך געדענק װוי איך פֿלעג געהן איבער הובער סטריט און דערנאָך איבער קאַנעל; אַזױי װוי אַן אַרעס־טאַנט, װואָס איז באַפֿרייט פֿון זיין טורמע פֿלעג איך שפּרייזען.
96איין מאָל האָט מען מיר געגעבען אַן אַנדער אַרבייט: צו־זאַמענשטעלען עטליכע טיילען פֿון עפּעס אַ פּושקע און מיט אַ מאַשין זיי צוזאַמענדריקען. דאָס האָט שױין געפֿאָדערט אַביסעל שכל. האָב איך געאַרבייט מיט אַן אונגעװועהנליכען אינטערעס. איך האָב שױין אױיפּ'ן זייגער כמעט ניט געקוקט. אָבער דיזע אַרבייט האָט לאַנג ניט אָנגעהאַלטען.
אין מיינע לאַנגװוייליגע דזשאַבס האָב איך געזעהן אַ לעבע־דיגען ביישפּיל װוי די קאַפּיטאַליסטישע אינדוסטריע צוטיילט יעדע אַרבייט אױיף פֿילע טיילען, אַזױי אַז יעדער טייל זאָל קענען געטאָן װוערען פֿון אַבי װועמען און ניט פֿאָדערען קיין בעל מלאכה; איך האָב געזעהן, װוי אַזאָ אַרבייט װוערט געטאָן מעכאַניש, אָהן אינ־טערעם; װוי דער אַרבייטער װוערט פֿאַרװואַנדעלט אין אַ טױיטען געצייג. דאָס װואָס איך האָב פֿריהער געלעזען אין ביכער איבער פּאָליטישער עקאָנאָמיע האָב איך איצט דורכגעלעבט אױיף זיך אַליין. „אָט בין איך אַ טױיטער געצייג!" — פֿלעג איך זיך טראַכטען. דער פֿאַקט, אַז עס קומט אױים פּונקט װוי ס'איז גע־שריבען אין בוך, איז מיר געװוען אינטערעסאַנט.
צו לאַנטש פֿלעגען פֿילע פֿון די אַרבייטער אַריינלױיפֿען אין אַ דערבייאיגער בעקעריי און דאָרטען קױיפֿען עפּעס צום עסען: ראָלם, קעיק, פּאַי. איך פֿלעג אױיך אַזױי טאָן. דערבייי האָב איך זיך צוגעהערט צו די ענגליש, װואָס איז געפֿלױיגען צװוישען דער סטאָר־קיפּערקע און איהרע קאָסטאָמער.
— װוהאָט עלם? — פֿרעגט זי.
— נאָטהינג עלם, — ענטפֿערט איהר אַ מיידעל.
די פֿראַגע און דער אַנטװואָרט זיינען באַי מיר פֿאַרבליבען אין זכרון; װואָרים דעם ערשטען מאָל איז דער אַנטװואָרט מיר אױיסגעקומען זעהר מאָדנע. איך האָב די װוערטער פֿאַרשטאַנען; און דאָך האָב איך די קרעמערקע איבערגעקרימט. „װואָס נאָך?"
— „גאָרניט נאָך" — האָב איך דאָס אױיף שפּאַס פֿאַרטייטשט אין מיין געדאַנק.
און אַזױי פֿלעג איך דאָס איבערזאָגען צעהנדלינגער מאָל: „װואָס נאָך? גאָרניט נאָך".
97װוי יעדען, װואָס הויבט אָן באַקאַנט צו װוערען מיט אַ פֿרעמדער שפּראַך, האָבן פֿילע ענגלישע אױיסדרוקען מיר גע־קלונגען לעכערליך און װוילד. באַי מיר אין געדאַנק האָב איך די פֿראַגע מיט דעם אַנטװואָרט אױיף שפּאַס איבערזעצט װוער־טערליך.
„װואָס נאָך? גאָרניט נאָך!" — איך פֿלעג דאָס איבערזאָגען מיט אַ געפֿיהל פֿון שפּאָט און עקעל.
איין מאָל האָב איך זיך באַי דער אַרבייט פֿאַרטראַכט. איך בין געשטאַנען און געקוקט װוי אַ פֿאַר'חלום'טער. דאָס פֿלעגט מיט מיר טרעפֿען גאַנץ אָפֿט. פֿריהער אָבער האָט דער פֿאָר־מאַן דאָס ניט באַמערקט, און דיזען מאָל האָט ער דאָס גראָד דער־זעהן, און ניט ער אַליין, נאָר דער מענעדזשער אױיך. װואָרים זיי זיינען גראָד פֿאַרבייגעגאַנגען צוזאַמען.
איך בין געװוען אַזױי פֿאַרטיפֿט אין מיינע רעיונות, אַז איך האָב זיי אַפֿילו ניט באַמערקט. דער פֿאָרמאַן האָט אױיף מיר אָנגעשריען און דער מענעדזשער האָט ערקלעהרט מיט אַ שמייכעל אַז איך װויל ניט אַרבייטען.
מען האָט מיך געעסקט.
מיין ערשטע לאָזשי אין אַמעריקא איז געװוען אין אַ ביליגער לאָדזשינג־הױיז אַנטקעגען „קעסל־גאַרדען", אונטער דעם צװוייטע עװועניו עלעװויייטעד, דאָרט װואו ער קירעװועט זיך אַריין אין אַ שמאָלער גאַם, עטליכע טריט פֿון סאַוטה פֿערי. דאָס איז אָבער געװוען נאָר אַ פֿאָרלױיפֿיגער נאַכטלעגער, מיט װועלכען דער קאָמי־טעט האָט אונז באַזאָרגט אױיף עטליכע טעג, װוען מיר זיינען אַראָפּ פֿון שיף, ביז מיר װועלען זיך געפֿינען אַ קװואַרטיר.
פֿיר פֿון אונז (אַ חוץ מיר איז געװוען נאָך אַ יונגער מאַן און 98אַ יונגע פֿאָר פֿאָלק) האָבן גענעכטיגט אין איין קליינעם צימערעל. מיר זיינען אַלע געקומען אױיף דער זעלבער שיף, און באַי דער פֿאָר פֿאָלק איז געװוען „האָניג־מאָנאַט". ער איז געװוען עלטער פֿון איהר און װואהנזיניג פֿאַרליבט.
זיי זיינען געװוען אינטעליגענטע, שטילע, איידעלע מענשען. אױיפּ'ן שיף האָב איך מיט איהם אָפֿט אַרומגעשפּאַצירט, און עס האָט זיך אַרױיסגעצייגט, אַז מיט זיינעם אַ אינגערען ברודער בין איך באַקאַנט געװואָרען אין װוילנא, אױיף קאַספּע'ם קװואַרטיר. און מיט איהרען אַן אָנקעל בין איך באַקאַנט געװואָרען אין בראָד; מיר האָבן זיך אַלזאָ געפֿיהלט װוי גוטע באַקאַנטע.
דער צװוייטער בחור, װואָס האָט מיט אונז געטיילט דעם צימער, איז אױיך געװוען אַן אינטעליגענטער מענש. איך בין מיט איהם אױיך באַקאַנט געװואָרען אױיפּ'ן שיף. איך האָב איהם אַלזאָ פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דער פֿאָר פֿאָלק, און מיר זיינען געװואָרען װוי איין פֿאַמיליע.
דער דאָזיגער בחור איז געװוען אַ ביסעל עלטער פֿאַר מיר, און ער האָט זיך אױיף שפּאַס אױיפֿגעפֿיהרט װוי אַ פֿעטער צו אונז אַלעמען. זעהענדיג װוי שװוער עס איז פֿאַר דעם יונגען באַלעבעסעל זיך איינצוהאַלטען פֿון קושען זיין פֿרוי, האָט ער איהם געגעבען ערלױיבעניש דערצו. ער האָט נאָר געפֿאָדערט, אַז ער זאָל אונז פֿריהער געבען אַ סיגנאַל, אַז מיר זאָלען צומאַכען די אױיגען און די אױיערען. די פֿאָר פֿאָלק האָט זיך צוערשט געשעמט, און געמאַכט שפּאַס פֿון דעם פֿאָרשלאַג. ביסלעכװוייז אָבער האָט דער באַלע־בעסעל באַקומען מוט.
מיר זיינען דאָרטען פֿאַרבליבען נאָר איין װואָך.
מיין נעקסטע װואױינונג איז געװוען אױיף נומער איינס מאָנראָו סטריט, אױיפּ'ן קאָרנער קעטהערין סטריט, באַי באַדאַנעם'עס אַ קוזינע, אַן אַלמנה מיט'ן נאָמען מיסעם זאָסם. זי איז געװוען אַ קאָסטאָם־פּעדלערקע און זי האָט געװואױינט מיט איהרע צװוייי קליינע קינדער — אַ בױי פֿון אַ יאָהר ניין און אַ מיידעלע פֿון אַ יאָהר אַכט; אַלם באָרדערס האָבן באַי איהר געװואױינט 99איהרע אַ פֿאַרהיייראַטע טאָכטער מיט איהר מאַן. אױיף „באָארד" איז באַי איהר אױיך איינגעשטאַנען אַ מיידעל פֿון אַ יאָהר אַכצעהן.
דאָס איז געװוען מיין אמת'ע ערשטע קװואַרטיר אין אַמעריקא.
דער אינגעלע און די מיידעלע און די אכצעהן־יאָהריגע באָרדערקע זיינען געבאָרען געװואָרען אין אַמעריקא. די פֿאַרהייי־ראָטע טאָכטער און איהר מאַן — אַ צושניידער באַי קאָמאָשען — זיינען קיין אַמעריקא געקומען װוען זיי זיינען נאָך געװוען קליינע קינדער. אין שטוב פֿלעגט אָפֿט קומען דער אַלמנה'ם אַן עלטערע טאָכטער—אױיך אַן אַמעריקאַניזירטע—מיט איהרער אַ מיידעלע. אַלע האָבן זיי גערעדט כמעט דורכאױים ענגליש. מיט דער אױיס־נאַמע פֿון מיסעם זאָסם, האָבן זיי אידיש גערעדט זעהר שװואַך, מיט אַן אַמעריקאַנער אױיסשפּראַך און מיט אַמעריקאַנער אױיס־דרוקען. צום ביישפּיל. איין מאָל, אין אַן אָװוענט, װוען איך האָב געמאַכט שפּאַס מיט בעקי'ן, דער אכט־יעהריגער מיידעלע, האָט זי צו מיר געזאָגט:
— דו קענסט ניט מאָ־כען מיר לאָ־כען.
מיר איז דאָס געװוען אַזױי קאָמיש, אַז פֿילע מאָנאַטען נאָכדעם פֿלעג איך איהר די דאָזיגע װוערטער איבערקרימען.
בעקי האָט אימער געזאָגט „דו" צו מיר. און אַזױי פֿלעגט צו מיר אױיך ריידען „רעיטשקע", די אכצעהן־יעהריגע באָרדערקע. דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר געװוען אַ קװואַל פֿון שפּאַס. אָבער ניט נאָר פֿון שפּאַס. עס איז מיר געװוען פֿריקרע. דאָס, װואָס אַן אונאַנגע־נעמער גערוך איז אין נאָז, איז דיזע ניט־אידישע אידיש געװוען אין מיינע אױיערען.
מיין „מיסעם" האָט מיר געגעבען צו פֿאַרשטעהן, אַז אין דער ענגלישער שפּראַך איז ניטאָ קיין „איהר"; אַז מען זאָגט אַלעמען „דו". איך האָב שױין דאַן געװואוסט גענוג ענגליש צו פֿאַרשטעהן אַז עס איז פּונקט פֿאַרקערט. אָבער מיסעם הערים, איהר אינגערע פֿאַרהיייראַטע טאָכטער, האָט איהר אונטערשטיצט אין איהר מיינונג, און מיינע „גרינע" טענות האָבן ניט געהאָלפֿען.
מען האָט אין שטוב אַלזאָ גערעדט אַ סך מעהר ענגליש װוי אידיש און דאָס איז פֿאַר מיר געװוען װויכטיג.
פֿאַר מיין לאָזשי האָב איך געצאָהלט ניט מיט געלט, נאָר מיט 100לעסאָנס. דער אינגעל, סעם, אַ שעהנינקער, שטילינקער באָיטשיקעל, איז געװוען מיין שילער. איך האָב איהם געלערענט שרייבען אידיש און לעזען העברעאיש (װואָס איך האָב אַליין ניט געקעננט). איך האָב זיך באַי איהם אױיסגעלערענט אַ סך מעהר ענגליש װוי ער באַי מיר העברעאיש.
אין יענע מאָנאַטען פֿלעג איך אין די פֿרייע שטונדען לערנען ענגליש פֿון אַ לעהר־בוך מיט'ן נאָמען „אָפֿעלטאָן'ס גרעמער" — אַ דיקער באַנד, פֿאַר דייטשען װואָס װוילען לערנען די ענגלישע שפּראַך. עס איז געװוען אַ פּראַקטישע װוערק מיט דער אױיסשפּראַך פֿון יעדען ענגלישען װואָרט, מיט גראַמאַטישע כללים, מיט איבער־זעצונגען פֿון ענגליש אױיף דייטש און פֿון דייטש אױיף ענגליש. איך האָב דעם בוך געלערענט מיט גרױיס התמדה. װוען איך פֿלעג ניט זיין זיכער אין דער אױיסשפּראַך פֿון אַ װואָרט, פֿלעג איך זיך װוענדען צו מיסעפּ הערים אָדער צו איהר מאַן.
איך האָב דאַן מייסטענס געאַרבייט טאָג און נאַכט. אַ גאַנצען טאָג אין פֿעקטאָרי, באַי די טאַבאַק אָדער באַי די בלעך, און אין אָװוענט, אין דער היים — איבער מיין „אָפֿעלטאָן'ס גרעמער".
אין דער צייט װואָס איך האָב געאַרבייט אין שטאַכעלבערג'ם ציגאַרען פֿאַבריק, האָב איך געהאַלטען מיין ערשטע רעדע פֿאַר אַן עולם און אָנגעהױיבען מיין קאַריערע אַלם סאָציאַליסטישער טוער אין אַמעריקא.
איין מאָל, אין אַן אָװוענט, האָט מיין װוילנער חבר, שואל באַדאַנעם, מיר איבערגעגעבען אַ טרױיעריגע נייעם פֿון װוילנא. עס האָט זיך געהאַנדעלט װועגען אונזער חבר ראַבינאָװויטש, װועמען מען האָט אַרעסטירט אין דער צייט פֿון די אָביסקעם מיט די פֿאַר־האַפֿטונגען, צוליב װועלכע באַדאַנעם האָט פֿאַרלאָזען װוילנא און אױיך — װועליזש. ראַבינאָװויטש איז געזעסען אין דער װוילנער פּאָליטישער געפֿעננגניש, אין דעם „פֿערצעהנטען נומער". איין 101מאָל, װוען זיין מוטער איז איהם געקומען זעהן, האָט אַ באַאמטער פֿון טורמע איהר געזאָגט, אַז מען פֿאַרשיקט איהם אױיף קאַטאָרגע. די אונגליקליכע פֿרוי איז גלייך געפֿאַלען טױיט פֿון אַפּאָפּלעקסיע.
דאָס װואָס דער באַאמטער האָט איהר געזאָגט איז ניט געװוען אמת; איהר זוהן האָט מען גאָרניט געהאַלטען ביים פֿאַרשיקען; אין עטליכע טעג אַרום האָט מען איהם אין גאַנצען אַרױיסגעלאָזען פֿרייי. דער טשינאָװוניק האָט פּשוט געזאָגט אַ ליגען כדי זיך צו רייצען מיט דער אידישער פֿרוי. באַדאַנעם און איך האָבן אָבער געמיינט, אַז עס איז אמת, און אַז ראַבינאָװויטש'ען פֿאַרשיקט מען װוירקליך אױיף קאַטאָרגע. די געשיכטע האָט געמאַכט אַ שװוערען איינדרוק אױיף אונז.
דעם נעקסטען פֿרייטאָג, אין אַ פֿאָר טעג אַרום, האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען דער ערשטער סאָציאַליסטישער מאַסען־מיטינג פֿון אידי־שע אימיגראַנטען. װואָס פֿאַר אַ מיטינג דאָס װועט זיין, האָבן מיר ניט געװואוסט. מיר האָבן נאָר געהערט, אַז עס װועט ריידען שעװויטש אױיף רוסיש און אַנדערע סאָציאַליסטישע רעדנער אױיף דייטש. מיר האָבן מיט אונגעדולד געװואַרט אױיף דער פֿער־זאַמלונג. צוליב די נייעם װועגען ראַבינאָװויטש'ען זיינען מיר געװוען אין אַ ספּעציעל סאָציאַליסטישער שטימונג און דער מיטינג האָט פֿאַר אונז געהאַט אַ ספּעציעל־גרױיסען אינטערעס.
אייגענטליך איז דאָס געװוען די צװוייטע סאָציאַליסטישע פֿער־זאַמלונג פֿאַר אונזערע אימיגראַנטען. די ערשטע איז אפֿגעהאַלטען געװואָרען מיט אַ פֿאָר װואָכען פֿריהער. ס'איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ סטרייק פֿון די, װואָס אַרבייטען אױיף די „דאָקס" פֿון דעם ניו יאָרקער האָפֿען, און אַ היבשע צאָהל אידישע אימיגראַנטען זיינען אַהין געגאַנגען „סקעבען". זיי האָבן איינפֿאַך ניט פֿאַרשטאַנען.
אין ניו יאָרק האָט זיך דאַן געפֿונען אַ יונגער רוסישער איד פֿון פּעטערסבורג, אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען מיראָװויטש. האָט ער צוזאַמענגערופֿען אַ מיטינג פֿון אונזערע אימיגראַנטען און זיי ערקלעהרט װואָס דאָ איז. דער רעזולטאַט איז געװוען, אַז די אידען האָבן אױיפּ'ן שטעל אױיפֿגעהערט צו סקעבען. דאַן האָט מיראָװויטש אָרגאַניזירט אַ „אידישען פֿראָפּאַגאַנדע פֿאַראיין", און 102איצט האָט אַלזאָ געדאַרפֿט פֿאָרקומען דער ערשטער פּראָפּאַגאַנדע־מיטינג פֿון דיזען פֿאַראיין.
די אימיגראַנטען זיינען אין ניו יאָרק געװוען צוזייהט און צושפּרייט און פֿון מיראָװויטש'עם ערשטען מיטינג האָב איך און באַדאַנעם אפֿילו ניט געהערט. װועגען דיזען צװוייטען מיטינג, אָבער, האָבן מיר זיך יאָ דערװואוסט.
איך האָב די פֿערזאַמלונג ערװואַרטעט מיט אונגעדולד. עס האָט מיר געצױיגען צו זיין אױיף אַ מיטינג, װואו אַ רעװואָלוציאָנער װועט ריידען אױיף רוסיש. אָבער מיין הױיפּט־געדאַנק איז געװוען צו געהן אױיפּ'ן מיטינג לכבוד ראַבינאָװויטש'ן. אַזױי, אונגעפֿעהר, האָב איך זיך אױיסגעדריקט פֿאַר באַדאַנעם'ן.
עס איז געקומען דער פֿרייטאָג אָװוענט (דעם 27טען יולי). מיר זיינען אױועק אױיף דער פֿערזאַמלונג. זי איז פֿאָרגעקומען אין 125 ריװוינגטאָן סטריט, אַ האָל, װואו אין שפּעטערע יאָהרען זיינען אָפֿגעהאַלטען געװואָרען הונדערטער מיטינגען פֿון אונזערע אידישע אַרבייטער אָרגאַניזאַציעם, הױיפּטזעכליך פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן.
די פֿערזאַמלונג האָט געעפֿענט דער אױיבענדערמאָנטער מיראָװויטש, אַ יונגערמאַן פֿון מיטעלען װואוקס, מיט לאַנגע, זעהר שװואַרצע האָר און מיט אַ שװואַרצער באָרד. אַלם ערשטען רעדנער האָט ער פֿאָרגעשטעלט אַ הױיכען, שעהנעם מאַן מיט שװואַרצע האָר, מיט אַ נעטער שװואַרצער בערדעל, מיט אַריסטאָקראַטישע מאַניערען. דאָס איז געװוען סערגעי שעװויטש. איך האָב שױין געזאָגט, אַז ער איז געװוען אַ גלענצענדער רעדנער און אַז ער האָט זיך געפֿיהלט פֿרייי אין עטליכע שפּראַכען. אױיך איז שױין באַמערקט געװואָרען, אַז ער איז געװוען אײנער פֿון די צװוייי רעדאַקטאָרען פֿון דער „פֿאָלקס־צייטונג". דאָ װועל איך צולייגען, אַז ער איז געװוען דער װויכטיגסטער אַגיטאַטאָר אױיף די דייטשע סאָציאַליסטישע מיטינגען. אָפֿט פֿלעגט ער האַלטען אַ רעדע אױיף ענגליש. אױיף רוסיש אָבער האָט ער אין אַמעריקא פֿריהער נאָך קיינמאָל ניט גערעדט; און דיזע רעדע זיינע האָט ער נעהאַלטען אױיף רוסיש.
דער פֿאַקט, אַז זיין פֿרוי איז די העלדין פֿון פֿערדינאַנד
103לאסאַל'ם ראָמאַן האָט זיין פֿערזאָן צוגעגעבען אַ ספּעציעלען מאַגנעטיזם. זיין רוסישע אױיסשפּראַך האָט אין זיך געהאַט אַן אַריסטאָקראַטישען רוסישען קלאַנג. אַזאָ איינדרוק, װוייניגסטענס, האָט זי אױיף אונז געמאַכט; און דאָס האָט געשטימט מיט דעם פֿאַקט, אַז אין דעם רוסישען פֿרייהייטם־קאַמף נעמען אַנטייל פֿריצישע קינדער. דאָס אַלץ האָט פֿאַרגרעסערט דעם צױיבער פֿון זיינע װוערטער. אָבער אַ רעדנער־קראַפֿט האָט ער װוירקליך געהאַט אַן אױיסערגעװועהנליכע. דערצו מוז מען געדענקען, אַז דאָס איז געװוען די ערשטע סאָציאַליסטישע רוסישע רעדע, װואָס איך האָב װוען עס איז געהערט אױיף אַ גרױיסען אָפֿענעם מיטינג.
ער האָט אױיף מיר געמאַכט אַן אונבעשרייבליכען איינדרוק.
דער אינהאַלט פֿון זיין רעדע איז, אין קורצען, בעשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
„די פּאָגראָמען, װועלכע האָבן אייך, רוסישע אידען, געצװואונגען צו זוכען אַ נייע היים, זיינען געמאַכט געװואָרען פֿון אונװויסענדע פּױערים, װועלכע פֿאַרשטעהען ניט װואָס זיי טאָן. װוען זיי װואָלטען יאָ פֿאַרשטאַנען, װואָלטען זיי באַפֿאַלען ניט אידישע הייזער, ניט די אידישע איינװואױינער פֿון עליסאוועטגראָד, באַלטע, אָדער קיעוו, נאָר דעם צאַר'ם פּאַלאַץ אין פּעטערסבורג. אָט דאָרטען װואָלטען זיי געמאַכט אַ פּאָגראָם. זיי װואָלטען פֿאַרניכטעט די דעספּאָטישע הערשאַפֿט און זיי װואָלטען אָרגאַניזירט אַ רעגירונג, װואָס זאָל זיין געגרינדעט אױיף פֿרייהייט, אױיף גלייכהיים און אױיף ברידער־ליכקייט."
מיר האָבן געשלונגען יעדען װואָרט.
דער האָל איז געװוען געפּאַקט. די מאַיאָריטעט איז באַשטאַנען פֿון װוייניג אינטעליגענטע מענשען. עס איז אָבער געװוען אַ היבשע צאָהל אינטעליגענטע צוהערער אױיך. און רוסיש האָבן יעדענפֿאַלם פֿאַרשטאַנען כמעט אַלע, װואָרים זיי זיינען מייסטענם געװוען פֿון קיעוו, אָדעם און אַנדערע דרום־רוסישע שטעדט, װואו די אידישע מאַסען זיינען שױין דאַן געװוען גוט באַקאַנט מיט דער רוסישער שפּראַך.
נאָך שעװויטש'ן האָט גערעדט אַ דאָרער דייטשער אַנאַרכיסט מיט'ן נאָמען קייזער, אַ פֿיײערדיגער אַגיטאַטאָר; און נאָך קייזער'ן 104— אַ צװײיטער דײיטשער אַנאַרכיסט, אַ קירצערער, דיקערער יונגער־מאַן, מיט'ן נאָמען נעלקע. די דײיטשע רעדעס האָב איך װײיניג פֿאַרשטאַנען. אַז קײיזער איז אַ פֿלאַמענדער אניטאַטאָר, האָב איך געפֿיהלט נאָך די װװינציגע װוערטער, װועלכע איך האָב געכאַפֿט. נאָך װװיניגער האָב איך פֿאַרשטאַנען נעלקע'ן.
די רעדעס האָבען זיך געענדיגט. דער פֿאָרזיצענדער האָט אויסגערופֿען, אַז מען קען קריגען דאָס װואָרט, און עטליכע יונגע לײיט מיט אַמאָל האָבען גענומען לויפֿען צו דער פֿלאַטפֿאָרמע, שפֿאַרען זיך און שרײיען. עס איז געװואָרען אַ טומעל. דאַן האָט דער פֿאָרזיצענדער ערקלערט, אַז אין די אינטערעסען פֿון אָרדנונג זאָלען זיך אַלע אויסזעצען און יעדער װואָס פֿאַרלאַנגט דאָס װואָרט, זאָל אויפֿהויבען די האַנט. דאַן האָבען די װואָס האָבען זיך אַזוי גערי־סען צו דער פֿלאַטפֿאָרמע מעהר זיך ניט גערירט. איך בין געװוען דער אײינציגער װואָס האָט אויפֿגעהויבען די האַנט. דער טשערמאַן האָט געפֿרעגט מײין נאָמען, און איך האָב באַקאָמען דאָס װואָרט.
מיט אַ קלאַפֿענדיגע האַרץ האָב איך זיך אַנידערגעשטעלט און גענומען געהן צו דער פֿלאַטפֿאָרמע. איך בין דאַן געװוען אַ דאַרער, בלאַסער בחור'ל און האָב אויסגעזעהן אַ סך אינגער װוי צװוייי־און־צװואַנציג יאָהר; און אַזוי װוי אין רוסלאַנד איז מען איבערהויפֿט ניט געװוען געװואוינט צו מיטינגען, האָט אונזער עולם זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַ רעדנער דאַרף זײין עלטער און אויסזעהן װואַזשנער. אַז אַזאַ „מאַלטשישקאַ" זאָל זיך אונטערנעמען צו האַלטען אַ רעדע, דאָס האָבען פֿילע פֿון די אַנװועזענדע אָנגענומען פֿאַר אַ שטיק חוצפֿה. מען האָט אָנגעהויבען געהן צום טיר.
דער לעזער קען זיך פֿאָרשטעלען װוי איך האָב זיך געפֿיהלט דערבייַ. דער זאַל איז אַבער געװוען אַ לאַנגער און איך בין געזעסען ניט װוייט פֿון דער פֿלאַטפֿאָרמע. אַלזאָ, איז דער װועג צום טיר געװוען אַ סך לענגער װוי מײין װועג צו דער פֿלאַטפֿאָרמע; דאָס איז געװוען מײין גליק; אַז ניט, װואָלט מסתמא דער גאַנצער עולם אַרויס 105פֿון זאַל אײידער איך װואָלט פֿאַספּײיעט צו עפֿענען מײין מויל. אַזוי אַבער האָב איך דערגרײיכט די פֿלאַטפֿאָרמע, װוען נאָר עטליכע זײַנען שוין געװוען אויף יענער זײיט שװועל; די איבעריגע האָבען ערשט געהאַלטען אין געהן. אײינער פֿון די װואָס האָבען גענומען פֿאַר־לאָזען דעם האָל איז געװוען אַן אימיגראַנט, מיט'ן נאָמען פֿאָל קאַפֿלאַן. ער איז שוין געװוען אײינער פֿון די אָנגעזעהענסטע אימיגראַנטען אונזערע. דערנאָך איז ער געװואָרען אײינער פֿון מײינע בעסטע פֿרײינד, און ער האָט מיר שפֿעטער דערצעהלט אײינצעלהײיטען פֿון דיזער סצענע.
איך האָב גענומען רײידען מיט אַ ספּעציעלער פֿעסטקײיט אין מײינע װוערטער, מיט אַ בײיזען טאָן. װוען איך האָב אָפֿגערעדט אַ צעהנדליג װוערטער, און דער עולם האָט דערהערט מײין קלינגענדע שטימע און גוטע רוסיש, האָט זיך דער מענשליכער שטראָם אָפֿגעשטעלט, פֿנים'ער האָבען זיך אומגעקערט פֿון דער טיר צו דער פֿלאַטפֿאָרמע. מען איז געשטאַנען, געקוקט און זיך צוגעהערט נײיגעריג. ביסלעכװווייז האָט מען זיך גענומען רוקען צוריק. אַז דער „מאַלטשישקאַ" זאָל אַזוי רײידען, איז געװואָרען טשיקאַװוע. מען איז געװואָרען נײיגעריג און מען האָט זיך װוידער אויסגעזעצט.
װוען איך האָב דאָס דערזעהן, האָב איך באַקאָמען נאָך מעהר מוט. איך האָב פֿאָרטגעזעצט מיט אַ נײיעם פֿײיער.
דער אינהאַלט פֿון מײין רעדע איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: מיר געפֿינען זיך אין אַ לאַנד, װואָס איז פֿאַרהעלטניסמעסיג פֿרייַ. מיר זוכען דאָ אַ נײיע היים. מיר טאָרען אָבער ניט פֿאַר־געסען אָן יענעם גרויסען פֿרײיהײיטס־קאַמף, װועלכען מיר האָבען איבערגעלאָזען אין אונזער אַלטער היים. אין דער צײיט װוען מיר זאָרגען זיך נאָר װועגען זיך אַלײין, קעמפֿען דאָרטען אונזערע חברים, אָדער זײי מוטשען זיך אין די רוסישע טורמעס, אונזערע העלדען, אונזערע מאַרטירער.
מיר טאָרען דעם פֿרײיהײיטס־קאַמף פֿון אונזער אַלטער היים ניט פֿאַרגעסען. מיר קענען פֿון װוייטען פֿיל ניט טאָן; אָבער געלט זאַמלען קענען מיר. מיר מוזען שטיצען יענע הײיליגע באַ־װועגונג. דער קאַמף פֿון די רוסישע רעװואָלוציאָנערען מוז אונז 106לינען טיף אין האַרצען. אָן די מאַרטירער, װואָס מאַטערען זיך אין סיביר, אויף קאַטאָרגע, טאָרען מיר ניט פֿאַרגעסען.
װוען איך האָב געענדיגט, האָט אויסגעבראָכען אַ שטורמישער אַפּלאָדיסמענט. איך בין פּשוט פֿאַר'שכור'ט געװואָרען.
קײין אַנדערע רעדנער זײַנען ניט געװוען. און קײין קאָלעק־שאָן האָט מען ניט געמאַכט. דער עולם איז דאַן נאָך געװוען צו אָרים. מען איז נאָך געװוען זעהר „גרין", און זעלטען װוער עס האָט געאַרבייט און פֿאַרדינט אויפֿ'ן לעבען.
מירזָװויטש האָט געשלאָסען דעם מיטינג. אַרום איהם און מיר האָט זיך אַרומגעקליבען אַן עולם. יעדער האָט געװואָלט װוי־סען װוער איך בין, פֿון װואַנען איך בין. איך בין געװוען דער „העלד פֿון טאָג".
איך האָב מירזָװויטש'ן גענומען פֿרעגען װועגען זײין געזעל־שאַפֿט און ער האָט מיר ערקלעהרט, אַז זי הײיסט „פּראָפּאַגאַנדאַ פֿאַראײין", און אַז איהר צװועק איז צו פֿאַרשפּרײיטען סאָציאַ־ליזם צװוישען די אידישע אימיגראַנטען.
— אויב דאָס איז פֿאַר אידישע אימיגראַנטען — האָב איך געפֿרעגט — טאָ פֿאַרװואָס זײַנען די רעדעס געהאַלטען געװואָרען אויף רוסיש און אויף דײיטש?
— אויף װועלכער דען שפּראַך זאָל מען האַלטען אַ רעדע? — האָט ער געפֿרעגט מיט שפּאָט — װועלכער איד קען דאָס ניט קײין רוסיש?
— אָט מײין טאַטע פֿאַרשטעהט זעהר װוייניג רוסיש, — האָב איך געענטפֿערט.
איך האָב שוין אויבען געזאָגט, אַז מירזָװויטש איז געװוען פֿון פּעטערסבורג; ער איז מיט די אידען פֿון די אידישע שטעדט און שטעדטלעך ניט געװוען באַקאַנט. אַלײין האָט ער אידיש ניט געקענט רײידען קײין װוארט; האָט ער אַזאַ אידען, װואָס פֿאַר־שטעהט ניט קײין רוסיש, זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלען.
װוען איך האָב אויסגעדריקט די מײינונג, אַז פֿאַר אידען מוז מען האַלטען רעדעס אויף אידיש, האָט ער זיך צולאַכט און אַ פֿאַר פֿון די, װואָס זײַנען געשטאַנען לעבען אונז, האָבען מיט איהם מיטגעלאַכט — אַפֿילו אזעלכע, װואָס האָבען אַלײין אידיש 107גערעדט גאַנץ גוט. אַז מען זאָל אויף אידיש קענען האַלטען אַ רעדע, דאָס איז בײי זײי אויסגעקומען קאָמיש. די אידישע שפּראַך איז געװוען פֿאַררעכענט פֿאַר אַ לשון, אויף װועלכען מען רעדט אין שטוב, אין חדר, אָדער אין אַ אידישער קראָם; אַז אַזאַ װואַזשנע זאַך װוי אַ רעדע זאָל מעגליך זײין צו האַלטען אויף אידיש — צו אַזאַ געדאַנק זײַנען זײי ניט געװואוינט געװוען.
— אַנו, װועט איהר האַלטען אַ רעדע אויף אידיש? — האָט מירזָװויטש מיך געפֿרעגט אין אַ שפּאַסיגען טאָן.
— און פֿאַרװואָס ניט? — האָב איך אָפֿגעענטפֿערט מיט שטאָלץ און מיט סטירדעם.
קורץ, מעהר אין שפּאַס װוי אין ערנסט, האָט דער פּראָפּאַ־גאַנדע פֿאַראײין גענומען אַ האָל פֿאַר דעם נעקסטען פֿרײיטאָג אָװוענד און מען האָט אָפֿגעמאַכט, אַז איך זאָל פֿרופֿען האַל־טען אַ אידישע רעדע איבער סאָציאַליזם.
די גאַנצע װואָך האָב איך זיך געפֿערטיגט. פֿאַר מײינע אײי־גענע עטליכע סענט האָב איך געלאָזען דרוקען „הענד־בילס" אויף אידיש, און איך און בערנאַרד װוײינשטיין האָבען זײי צוטײילט אויף די אידישע גאַסען.
דער מיטינג איז פֿאָרגעקומען דעם 26טען יולי, אין אַ קלײי־נעם האָל, הינטער אַ דײיטשען ביר־סאַלון, אין 625 איסט 6טע סטריט.
דער זאַל איז געװוען געפּאַקט; אָבער איך גלויב ניט, אַז דאָרטען זײַנען געװוען מעהר װוי פֿיר הונדערט מענשען. פֿאַר דיזען עולם האָב איך געהאַלטען מײין ערשטע לעקטשור; דאָס איז געװוען די ערשטע סאָציאַליסטישע רעדע, װואָס איז װוען עס איז גע־האַלטען געװואָרען אויף אידיש אין אַמעריקא.
איך האָב ערקלעהרט קאַרל מאַרקס'עס „מעהר־װוערט טעאָ־ריע", די טעאָריע פֿון קלאַסען־קאַמף און װועגען נאַטירליכען איבערגאַנג פֿון קאַפּיטאַליזם צו סאָציאַליזם. איך האָב גערעדט אויף די אײינפֿאַכסטע אידיש. די לעקטשור האָט געדויערט נאָהענט פֿון צװוייי שטונדען.
108אַלס רעזולטאַט, האָט מירזָװויטש מיך געבעטען האַלטען נאָך אַ לעקטשור, פֿאַר אַ גרעסערען עולם. די נעקסטע לעקטשור איז געװוען ערגעץ װואו אין סאָפֿאָלק סטריט. דער נומער איז בײי מיר אין זכרון ניט פֿאַרבליבען. דאָס זײַנען געװוען צװוייי זאַלען, אָפֿ־געטײילט מיט „סלײידינג דאָאָרס" (טירען װואָס קענען זיך פֿאַנאַנ־דעררוקען). מען האָט די טירען פֿאַנאַנדערגערוקט, און פֿון די צװוייי זאַלען איז געװואָרען אײינער. עס איז געװוען איבערגעפּאַקט; אַלע סיטס זײַנען געװוען פֿאַרנומען און אַ געדיכטער קראָוד איז גע־שטאַנען. עטליכע פֿון די צוהערער, צװוישען זײי אַ פֿרײילין אין אַ פּענסנע, זײַנען געשטאַנען אויף אַ טיש.
איך האָב אָפֿגערעדט אָנדערהאַלבען שטונדען; מען האָט געמאַכט אַ „ריסעס" אויף פֿופֿצעהן מינוט, און דערנאָך האָב איך װוידער גערעדט אָנדערהאַלבען שטונדען. דאַן האָט מען מיר גע־שטעלט פֿראַגען און איך האָב געענטפֿערט.
דיזע לעקטשור איז פֿאָרגעקומען דעם דריטען אויגוסט, 1882. איהר אינהאַלט האָב איך שפּעטער געדענקט נאָר אין אַלגעמיין, ניט דײיטליך. אָבער גאָלדגאָר, דער סעקרעטער פֿון דעם פּראָפּאַ־גאַנדע פֿאַראײין, האָט איהר געדענקט מיט אַלע אײינצעלהײיטען, און מיט דרײיסיג יאָהר שפּעטער האָט ער מיך עראינערט אָן איהר דורך אַ בריף.
דאָס איז געװוען אַ רעדע פֿון אַ באַי, װואָס האָט מעהר פֿײיער װוי פּראַקטישען שכל. איך האָב, צום בײישפּיל, געשריען אַז די אַרבייטער מוזען געהן אויף דער פֿינפֿטער עװוענױ מיט אײיזענס און מיט העק און צונעהמען די פּאַלאַצען מיט די רײיכטימער, װואָרים אַלץ איז זײיער אײיגענטום. די מיליאָנערען האָב איך גע־שאָלטען מיט װוילנער קללות. עס איז געװוען אַ נאַרישע רעדע, אָבער איך בין ניט געװוען דער אײינציגער, װואָס האָט געהאַלטען אַזעלכע רעדעס אין יענע צײיטען. ענטװויקעלטערע און עלטערע מענשען װוי איך פֿלעגען זאָגען אַזעלכע רעװואָלוציאָנערע „חכמות" און נאָך גרעסערע. די פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען, אָדער „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען", װוי זײי האָבען זיך גערופֿען, פֿלעגען אימער אַזוי רײידען. און אַ פֿאָר מאָנאַט פֿאַר דער צײיט, װוען דיזע שורות װוערען צוגעפֿערטיגט צום דרוק, האָבען 109פֿיהרער פֿון ניו יאָרקער קאָמוניסטען געהאַלטען פּונקט אַזאַ סאָרט רעדעס — נאָך נאַרישערע — און געשריבען פּונקט אַזעלכע אַרטיקלען אין בעצוג צו אַ סטרייק פֿון אידישע פֿאַר אַרבייטער.
עס זײַנען געװוען פֿילע מינוטען פֿון בענקעניש. יעדער אימיגראַנט בענקט אַהיים די ערשטע צײיט. איך האָב אָבער אין דיזער באַציהונג געליטען מעהר װוי דער דורכשניטליכער „גרינער". כמעט יעדע נאַכט פֿלעג איך אין חלום זעהן עפּעס אַ נאָהענטען מענשען פֿון װוילנא: מײין פֿאָטער, מײין מוטער, מײין אײינציגען ברודערל, מײין מוהמע'ן, מײין פֿעטער, זײיערע קינ־דער, מײינע חברים, באַקאַנטע. אַמאָל פֿלעגט זיך מיר חלום'ען װועליזש. דער עיקר איז אָבער געװוען װוילנא. די האַרץ פֿלעגט נאָגען און נאָגען.
צוליב דיזער בענקעניש איז מיר אַמעריקא צוערשט געװוען ניט ליב. יעדע זאַך, װואָס איך האָב באַגעגענט, איז מיר געװוען אונאָנגענעהם.
דער לעזער האָט שוין געזעהן װוי די אידיש, װואָס איך האָב געהערט פֿון אַמעריקאַנער־געבאָרענע קינדער, האָט מיר גע־גרילצט אין די אויערען. דאָס זעלבע האָב איך געפֿיהלט אין באַצוג צו די אידיש פֿון די „אויסגעגרינטע" אימיגראַנטען — צו די ענגלישע אויסדרוקען און װוערטער, מיט װועלכע זײיער לשון איז געװוען אָנגעפֿיקעוועט. װוען איך פֿלעג הערען אַזאַ פֿראַזע װוי „ער מאַכט אַ לעבען", פֿלעג איך שיער ניט קריצען מיט די צײיהן. איך געדענק ספּעציעל דיזען אויסדרוק און אויך דעם אויסדרוק „ער איז װוערט צעהן טויזענד דאָלאַר". הײינט די „װוינדערס" מיט די „סילינגס" מיט די „פּאָטייטאָס"!...
עס איז געװוען אין די רעכטע היצען. צו אַזאַ גליהענדער 110און שװוערער לופֿט װוי די ניו יאָרקער לופֿט איז אין דזשולײי אָדער אין אָגוסט, בין איך ניט געװוען געװואוינט.
קײין זעהר הויכע געבײידעם זײַנען אין ניו יאָרק נאָך ניט געװוען. די העכסטע הויז איז, װוי שוין געזאָגט, געװוען פֿון אכט עטאַזש. די שטאָדט איז געװוען אַ סך לופֿטיגער און קיהלער װוי זי איז איצט, אָבער אין פֿאַרגלייך מיט דער טעמפּעראַטור פֿון מײין געבורטס־פּלאַץ איז די היץ דאָ היץ דאָ געװוען אונערטרעגליך.
מײינע קערפֿערליבע ליידען האָבען זיך צוזאַמענגעמישט מיט מײין בענקעניש און מיט דעם אונאַנגענעהמען אײינדרוק װואָס דער אַמעריקאַנער לעבען האָט אויף מיר געמאַכט. איצט, מיט עטליכע און פֿערציג יאָהר שפּעטער, װוען עס קומען די היצען, אין דזשולײַ אָדער אָגוסט, דערמאָן איך זיך אָפֿט אָן מײין דאַמאָלסדינגען צושטאַנד, און יענער שװוערער געמיט לעבט אין מיר אויף מיט אַ שאַרפֿען װועהטאָג.
מיסעם זאַס'עס װואוינונג (עטליכע רומס מיט קאַרפּעטס, אױיל־קלאָטה, מיט שעהנע מעבעל מעבעל אין אַ פּאַרלאָר) איז געװוען אַ סך רײיכער װוי די װואוינונג פֿון אַזאַ פֿאַמיליע װואָלט געװוען אין רוסלאַנד. און אַזוי זײַנען פֿאַרהעלטניסמעסיג געװוען די אַמע־ריקאַנער דירות אין אַלגעמיין. דער בעסערער קלאַס אַרבייטער האָט געװואוינט אַזוי װוי מיסעם זאַס; דאָס הײיסט, אַזוי װוי אין װוילנא אַ פֿאַרמעגליכע באַלעבאַטישע פֿאַמיליע. אָבער דאָס אַלץ האָט בײי מיר קײין חן ניט געהאַט. אַז דאָ לעבט זיך בעסער װוי אין רוסלאַנד, האָב איך ניט געפֿיהלט. עפּעס איז די מעבעל קײין מעבעל ניט געװוען, און דער „קאָװויאַר" (קאַרפּעט) קײין קאָװויאַר ניט; פּונקט װוי מיר האָט זיך דאַן געדוכט, אַז די אַמעריקאַנער עפּעל זײַנען קײין עפּעל ניט; די אונגערקעס קײין אונגערקעס ניט, און די נגונים קײין נגונים ניט. פֿון די מעלאָדיען, װואָס איך פֿלעג הערען אויפֿ'ן גאַס, אָדער פֿון די מײידלאַך װועלכע פֿלעגען באַזוכען מיסעם זאַס'עס טאָכטער, האָט מיר געעקעלט.
אַהיים פֿלעג איך שרײיבען לאַנגע מגילות. איך האָב זיך ניט באַקלאָגט. איך האָב אַלץ געפּרובט פֿאַרגלעטען; מײין אַרבייט
111אויף דער פֿאַבריק און מײינע געפֿיהלען צו אַמעריקא האָב איך זיך געסטאַרעט פֿאַרצושטעלען אין די שעהנסטע פֿאַרבען; איך האָב ניט געװואָלט, אַז מײינע עלטערען זאָלען זיך אָפּעסען דאָס האַרץ.
אָך, װוי אָנגענעם עס איז געװוען צו שרײיבען אַהיים! איך האָב געשריבען װואָס אָפֿטער און װואָס לענגער. איך פֿלעג זײי איבערגעבען מײינע אײינדרוקען, באַשרײיבען דעם אַמעריקאַנער לעבען.
דאָס איז געװוען דאָס ערשטע מאָל, װואָס איך האָב געפּרובט עפּעס באַשרײיבען אויף אידיש. ביז װועליזש האָב איך קײין מאָל קײין אידישען בריף ניט געשריבען; פֿון װועליזש האָב איך זיך קאָרעספּאָנדירט מיט מײינע עלטערען, און אויף אידיש, נאַטיר־ליך; אָבער אזעלכע לאַנגע בריף װוי פֿון ניו יאָרק, האָב איך זײי פֿון דאָרטען קײינמאָל ניט געשיקט.
זײיענדיג אין װועליזש האָב איך אויך שטאַרק געבענקט אַהיים, אָבער װוייט ניט אַזוי שטאַרק װוי אין די ערשטע פֿאָר יאָהר פֿון מײין לעבען אין אַמעריקא.
אָפֿט, געהענדיג איבער'ן גאַס, פֿלעג איך שטילערהיים זינגען אײינעם פֿון די נגונים װואָס איך פֿלעג הערען פֿון מײין פֿאָטער. אָדער אַז ניט, פֿלעג איך פֿאַר זיך זינגען אַ רוסישע פֿאָלקס־ליד פֿון די, װואָס מען האָט אונז געלערענט אין דעם װוילנער לעהרער־אינסטיטוט, אָדער אַ געװויסען נגון, װועלכען דאָקטאָר יאַצקע־װויטש'עס עלטערע טאָכטער פֿלעגט שפּילען אויף איהר פּיאַנאָ.
די רוסישע פֿאָלקס־לידער זײַנען דורכגעדרונגען אי מיט דער פֿאָעזיע פֿון אומעט, אי מיט אַ געפֿיהל פֿון ברײיטע פֿעלדער און טיכע הימלען; און מיט דיזער דאָפּעלטער פֿראַכט זײַנען זײי געװוען אײינגעװואָרצעלט אין מײין האַרצען. און איצט האָט זײיער פֿאָע־טישער אומעט אין מײין בענקענדער נשמה אַ ליידענשאַפֿטליכען אָפּקלאַנג געפֿונען.
די מעלאָדיען, װואָס מײין פֿאָטער פֿלעגט זינגען, זײַנען ניט געװוען קײין פֿאָלקס־נגונים. זײי האָבען ניט פֿאַרמאָגט די פֿאָעזיע און די ברייטקייט פֿון די רוסישע דאָרף־לידער; זײי האָבען אָבער געהאַט אַ מעלה, װועלכע איז מיר טײיערער געװוען װוי אַלע צויבערען פֿון מוזיק: זײי זײַנען געװוען מײין טאַטען'ס נגונים.
112אַלץ איז מיר געװוען פֿרעמד און דערװוידער. מיר האָט זיך געדוכט, אַז אַלץ איז דאָ אַנדערש װוי אין דער היים, װוי אין גאַנץ אײיראָפּאַ, װוי אויף דער גאַנצער װועלט.
פֿילעס איז װוירקליך געװוען אַנדערש — אונצעהליגע זאַכען, מנהגים, באַגריפֿען, געשמאַקען. און דאָס האָט אויף מיר — און אויף אַלע אַנדערע אימיגראַנטען — געמאַכט דעם אײינדרוק אַז אַלץ איז אַנדערש.
איך האָב, צום בײישפּיל געזעהן װוי אַן אַמעריקאַנער טרינקט קאַפֿע: די קאַפֿע איז צו די היים, גיסט ער אין איהר אַרײין אַביסעל קאַלטע װואַסער, און טרינקט װוייטער.
אָדער איך פֿלעג אַמאָל זעהן װוי אַן אַמעריקאַנער עסט ברויט מיט פּוטער, גאָרניט װוי בײי אונז: אַנשטאָט די שטיקעל פּוטער צו שמירען אויפֿ'ן ברויט לײיגט ער זי אַרויף אויפֿ'ן ברויט און אַזוי נעמט ער די ברויט אַרײין אין מויל.
אָט די דאָזיגע װואַסער אין דער קאַפֿע, די שטיקלעך פּוטער, דער „אָלל־רײיט" מיט דעם „נעװוער מאַיין", מיט העסטער סטריט, װועלכע האָט מיר געקלונגען װוי „אסתר־סטריט", מיט סאָפֿאָלק סטריט, װועלכע אידען רופֿען „ספֿק סטריט", מיט דער „עסיג סטריט", אַנשטאָט עסעקס סטריט, מיט די שרעקליכע היצען, מיט די גרויסע פֿיר־קאָנטיגע שטיקער אײיז װואָס מען האָט מיט צװואָנגען געשלעפֿט אין די הײיזער, מיט דעם גראָבען געשרייי: „אַיים! אַיים!" פֿון די „אײיז־לײיט" — דאָס און הונדערטער אַנדערע זאַכען פֿלעגען זיך מיר ניט אויפֿהערען צו פֿלאָנטערען אין מײין שװוערען, בענקענדען געמיט.
הײינט, װוען עס קומט קײין אַמעריקא אונזערער אַן אימיגראַנט, געפֿינט ער אַ גרויסע אידישע װועלט. די דאָזיגע אידישע װועלט איז טאַקע פֿול מיט שטריכען און פֿאַרבען, װואָס זײַנען איהם פֿרעמד. זי איז אָבער פֿאָרט אַ אידישע. דער אויסגעגרינטער רוסישער, פּוילישער, גאַליצישער אָדער רומענישער איד איז אַ איד אַזוי װוי דער גרינער. ער װוערט צו דעם אויסגעגרינטען שנעל צוגעװואוינט, און דורך איהם — צו אַמעריקא.
מיט פֿילע אַמעריקאַנער אידישע װוערטער און מיט פֿילע אַמעריקאַנישע מנהגים איז דער הײינטיגער אידישער אימיגראַנט 113זאָגאַר באַקאַנט פֿון דערהיים — פֿון בריף אָדער פֿון צײיטונגען, אָדער פֿון געסט װואָס קומען פֿון אַמעריקא.
מיר אָבער האָבען דאָ געפֿונען גאַנץ װוייניג אידען, און אַ גאַנץ קלײינע אידישע װועלטעלע. אין דערהיים האָבען מיר װועגען אַמעריקא אבסאָלוט גאָרניט געװואוסט. אונזער געפֿיהל פֿון פֿרעמדקייט איז געװוען פֿיל טיפֿער, אונזער עלענט — אַ סך שאַרפֿער.
די קאַץ, װואָס איך האָב דערזעהן אין דעם פֿילאַדעלפֿיער האָ־פֿען, װוען איך בין אַראָפֿ פֿון שיף, איז פֿאַר מיר געװוען אַ לעבעדיגער באַװוייז, אַז אַמעריקא געהאָרט צו דער זעלבער װועלט, װוי װוילנא, װוי פּעטערסבורג, װוי לעמבערג, װוי בערלין. װוען איך האָב אָבער גענומען באַקאַנט װוערען מיט אַמעריקא, אין די ערשטע מאָנאַטען פֿון מײין לעבען אין איהר, איז אין מיר געװואַקסען אַ פֿאַרקערטער אײינדרוק: מיר האָט זיך געדוכט, אַז עס איז גאָר אַן אַנדער װועלט.
אַ נײיע װועלט — אין דעם בוכשטעבליכען זין פֿון די װוערטער!
זי איז מיר געװוען אונאָנגענעהם. זי האָט מיך אָבער געקרעפֿ־טיגט אויך — אַזוי װוי דער שטאַרקער, געזונטער ריח פֿון אַ פֿריש־געאַקערטען פֿעלד.
מיר האָט זיך געדוכט, אַז אַמעריקא לעבט אין אײין טאָג מעהר װוי רוסלאַנד אין צעהן.
אַמעריקא האָט מיך אינטריגירט, געצונדען מײין נײיגעריגקייט.
איך האָב געזעהן אַרום זיך איבעראַשענדע רײיכטימער, אַן איבעראַשענדע טעטיגקייט און אונטערנעהמונגס־גײיסט, ברײיטע אויסזיכטען אויף צו פֿיהרען אַ נוצליכען און אינטערעסאַנטען לעבען.
פֿון דעם אויסדרוק „די לאַנד פֿון אונבאַשרענקטע מעגליכקײי־טען" האָב איך נאָך דאַן ניט געװואוסט. דעם זין פֿון דער פֿראַזע האָב איך אָבער געפֿיהלט — געפֿיהלט דאָס אין באַצוג צו אַמעריקא בכלל און אין באַצוג צו מײין אײיגענער צוקונפֿט בפֿרט.
מיר האָט זיך געדוכט, אַז, ניט־װוילענדיג, װוער איך אויך אַן אַנדערער.
114כמעט יעדע מינוט האָט געבראַכט אַ נײיעם אײינדרוק, און איך האָב איהם אויפֿגענומען מיט דורשט. איך האָב אַלץ באַקוקט, צו אַלץ זיך צוגעהערט, אַלץ בעאָבאַכטעט. און אַלץ האָט מיך אי אָפֿ־געשטויסען, אי גערופֿען צו זיך; אי צוגעשאַטען גיפֿט צו מײין הײים־װועה, אי מיך גערייצט מיט צוזאָגונגען.
מײין ערפֿאָלג אַלס רעדנער און לעקטשורער, דער אונערװואַר־טעטער טעם פֿון אַפּלאָדיסמענטען, דער פּלוצלינגדינגער געפֿיהל, אַז טויזענטער מענשען קענען מיך, — דאָס האָט מיך באַזויפֿען. די בענקעניש און מײינע פֿאַרשידענע אַנדערע גײיסטיגע שמערצען האָט דאָס אָבער ניט געלינדערט.
מײין אונרוהיגע נאַטור האָט מיך יענע מאָנאַטען אָנגעפֿילט אי מיט יסורים, אי מיט תענוג.
עס זײַנען געװוען מינוטען, װוען איך האָב מײין אײיגענעם „איך" ניט דערקענט.
איך האָב אַלץ פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען אויף „אַפּעלטאָן'ס גרעממער". אָפֿט אָבער פֿלעג איך אַן אָװוענד פֿאַרברענגען בײי מײינע לאַנדסלייט אָדער בײי די דײיטשע אַנאַרכיסטען. אָפֿט פֿלעגט צו מיר קומען באַדאַנעס, און מיר פֿלעגען צוזאַמען אַװועקגעהן צו די דײיטשע גענאָסען.
דיזע עטליכע מאָנאַטען שטעלען זיך פֿאַר מיר אין געשטאַלט פֿון די גאַסען, דורך װועלכע איך פֿלעג דורכגעהן, שפּרײיזענדיג פֿון דער בלעך־פֿעקטאָרי צו מײין לאָזשי בײי מיסעם זאַס. הובער סטריט, קאַנעל סטריט, איבער בראָדװוי, עליזאַבעטה סטריט, מאַט סטריט, דאַן איבער דער באָװוערי ביז קעטהערין סטריט, קאַרנער מאָנראָו.
דער סאַין אויף אויף אַ געװויסער בעיקערי אויף קאַנעל לעבען מאָטט, די אָמניבוסען פֿון בראָדװוי און די האָרס־קאַרס פֿון דער באָװוערי — דאָס דערזעה איך אימער װוען איך דערמאָן זיך אָן די בענקענישען און שטרעבונגען, װועלכע האָבען דאַן אָנגעפֿילט מײין האַרץ.
[ז׳ 66] די געזעלשאַפֿט האָט עקזיסטירט עטליכע יאָהר, און דאַן איז זי אונטערגעגאַנגען. מיט פֿילע יאָהרען שפּעטער האָבען אונזערע רוסישע אימיגראַנטען געגרינדעט פּונקט אַזא געזעלשאַפֿט, מיט דעם זעלבען נאָמען. זי איז באַקאַנט געװואָרען אונטער די ראשי תּיבות „האיאַס". װוען דיזע װוערטער װוערען געשריבען, עקזיסטירט זי נאָך. זי איז גרויס און האָט בראַנטשעס איבער גאַנץ אײראָפּא.