בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

פֿינפֿטער קאַפּיטל

גרופּען און פֿערזענליקייטען

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 115–147 (גאַנצער פֿינפֿטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 115 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. אין אָריגינאַל זײַנען אַרײַנגעבונדען פֿיר בילד-בלעטער (פּאָרטרעטען), איבערגעגעבען דאָ אױף זייער אָרט. רוסישע, ענגלישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
די װוילנער קאָמונע. — באַקאַל.

115די װוילנער גרופּע האָט זיך באַזעצט אױיף אַ קװואַרטיר פֿון עטליכע רומס, אין 48 עסעקס סטריט, לעבען גרענד. זײַ האָבען געלעבט עכט קאָמוניסטיש. דער פֿיהרער פֿון דער קאָמונע איז געװוען מענאָקער.

אײַנע פֿון די פֿרױיען פֿלעגט זײַן אין שטוב און פֿיהרען די באַלעבאַטישקייט; די איבעריגע מיטגלידער פֿלעגען געהן אַרבײַטען אין פֿאַרשידענע פֿעקטאָריס; און אַלץ װואָס מען האָט פֿאַרדינט האָט מען אָפּגעגעבען אין דער אַלגעמיינער קאַסע.

צװוישען די מיטגלידער זײַנען געװוען צװויי קלאָוסמאַכער, דאַמסקע שנידער פֿון דער הײם, װועלכע האָבען דאָ פֿאַרדינט גאַנץ גרױיסע װוײַדזשעס, — האָבען זײַ דאָס אַלץ אַװועקגעגעבען דער קאָמונע. דער געפֿיהל צװוישען די מיטגלידער איז געװוען אַן אמת קאָמוניסטישער, אַ הערצליכער.

איך האָב אין דער קאָמונע ניט געװואױינט. איך פֿלעג איהר אָבער אָפֿט באַזוכען. און װוען איך האָב פֿאַרלאָרען מײַן דזשאָב אין דער בלעך-פֿעקטאָרי, האָט מענאָקער מיך אײַנגעלאַדען צו װואױינען אין דער קאָמונע אַלס גאַסט אױיף אַ געװויסער צײַט.

זײַער קװואַרטיר איז געװוען אַ מיטעל-פּונקט, װואו עס פֿלעגען זיך פֿערזאַמלען אַלערלײַ פֿאָרטגעשריטענע אימיגראַנטען, מיטגלי- 116דער פֿון „עם-עולם" און אַנדערע. אַהין פֿלעגט מען זיך צוזאַמענקומען אין אָװוענד, װוי אין אַ קלוב.

װוען איך שרײַב דיזע װוערטער, שטעהט מיר פֿאַר די אױיגען אַ יונגערמאַן פֿון דעם „אָדעסער עם-עולם", ניט קיין הױיכער, מיט שװואַרצע האָר, מיט אַ קורצער שװואַרצער בערדעל און מיט אינטערעסאַנטע שװואַרצע אױיגען. ער איז געװוען אײַנער פֿון די װויכטיגסטע פֿיגורען אין דעם „עם-עולם" און אײַנער פֿון די אינטערעסאַנטסטע טיפּען פֿון דער אימיגראַציע. זײַן נאָמען איז געװוען באַקאַל.

אַ געװויסע צײַט האָט ער געהאַלטען לעקטשורס אין דער װוילנער קאָמונע. אַרום אַ גרױיסען, לאַנגען, פּראָסטען, ניט-צוגעדעקטען טיש פֿלעגען זיצען מיטגלידער פֿון דער קאָמונע און זײַערע געסט, און אַ היבשע צאָל איז געשטאַנען אַרום. אין מיטען, בײַם טיש, איז געזעסען באַקאַל. ער האָט גערעדט — באַלעבאַטיש, געלאַסען און מיט אַ למדנ'ישען שמייכעל אױיף די ליפֿען — און דער עולם האָט זיך צוגעהערט. זײַן שפּראַך איז געװוען אַן אָדעסער אידיש און זי איז געװוען אָנגעפֿילט מיט רוסישע װוערטער און אױיסדרוקען. װוען איהם פֿלעגט פֿעהלען אַ װואָרט, פֿלעגט ער אײַנפֿאַך נעהמען אַ רוסישען װואָרט און איהם געברױיכען װוי אַ אידישען. אַנשטאָט, למשל: „מען שטעלט די פֿראָגע", פֿלעגט ער זאָגען: „עס יאָװועט זיך אַ װואָפּראָס". און דעם װואָרט „יאָװועט" פֿלעגט ער אױיסריידען, לױיט דער אױיסשפּראַך פֿון אָדעסער אידיש: מיט אַ קמץ אַנשטאָט אַ פּתח. פּונקט װוי ער פֿלעגט זאָגען „טאָטע" אַנשטאָט „טאַטע" און „קאָסענע" אַנשטאָט „קאַסענע".

אַ זאָנדערבאַרער סאָרט לעקטשור איז דאָס געװוען. ער האָט געלעזען אַ היבשע ביסעל (אױיף העברעאיש און אױיף רוסיש); קיין אמת געבילדעטער מענש איז ער אָבער ניט געװוען, און זײַנע לעקטשורס זײַנען געװוען געבױיט אַ סך מעהר אױיף זײַנע אײַגענע געדאַנקען, װוי אױיף דעם, װואָס ער האָט געלייענט אָדער געלערענט. ער איז געװוען אַ בעאַבכטער און אַ דענקער. קיין סיסטעם האָט ער אָבער אין זײַנע געדאַנקען ניט געהאַט, און זײַנע „לעקטשורס" זײַנען אױיך געװוען אָהן אַ סיסטעם און, אײַגענטליך, אָהן אַ באַשטימטער טעמע אױיך.

מיכאַיל באַקאַל אין 1883.
מיכאַיל באַקאַל אין 1883.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 116–117)

117װואָס עס פֿלעגט איהם אַרײַנפֿאַלען אין זינען, װועגען דעם האָט ער גערעדט. ער איז געזעסען און געשמועסט — „געטראַכט אין דער הױיך", — װוי אַמעריקאַנער רופֿען דאָס.

איך געדענק, צום בײַשפּיל, װוי אײַנמאָל האָט ער זײַנע צוהערער געשטעלט די פֿאָלגענדע פֿראָגע:

— פֿאַרװואָס לאַכט מען, װוען מען זעהט, אַז אײַנער גליטשט זיך אױיס און פֿאַלט?

און אױיף דיזער פֿראָגע האָט ער געענטפֿערט מיט אַ לאַנגער ערקלערונג, װועלכע איז געװוען געגרינדעט אױיף פֿערזענליכע פֿאַהרונגען און באַטראַכטונגען.

ער איז געװוען אַ פֿעהיגער מענש און אַ קלוגער מענש; און דער מוח האָט בײַ איהם שטענדיג געאַרבייט. פֿילעם, װואָס ער האָט געזאָגט, איז געװוען אינטערעסאַנט. אָפֿט פֿלעגט ער זאָגאַר אױיסדריקען זעהר אַ גראָטעסקנעם אָריגינעלען און װויכטיגען געדאַנק. אָבער אַ סך פֿון זײַנע ריידן זײַנען באַשטאַנען פֿון בױיך-סברות — אַזאַ מין סאָרט „פֿילאָזאָפֿיע", װואָס איהר קענט איהר הערען פֿון יעדען אונװויסענדען אָבער קלוגען סוחר, װוען ער צורעדט זיך װועגען דער װועלט.

צו זײַנע לעקטשורס פֿלעגען אײַניגע אימיגראַנטען זיך פֿאַרהאַלטען אַזױי װוי זײַ װואָלטען געװוען הױיד-װויסענשאַפֿטליכע. די אינטעליגענטערע און ענטװויקעלטערע האָבען אַזאַ מיינונג װועגען זײַ ניט געהאַט. אינטערעסאַנט זײַנען זײַ אָבער געװוען אַלעמען, און רעספּעקט האָט צו איהם געהאַט כמעט יעדער.

אַ טייל פֿון דעם רעספּעקט איז געװוען געגרינדעט אױיף דעם פֿאַקט, אַז ער האָט געלעבט װוי אַ פּרוש. מען האָט איהם באַטראַכט אַלס אַ מענשען, װואָס איז אַבסאָלוט פֿרײַ פֿון עגאָאיזם. טיילװוײַז איז דאָס געװוען אמת. מען קען אָבער ניט זאָגען, אַז ער איז אימער געװוען דורכאױיס אױיפֿריכטיג. עהרליך איז ער געװוען און גײַס- 118אַ שמייכעל, װועלכער האָט שטאַרק געמאַכט דעם אײַנדרוק, אַז ער איז עפּעס גאָרניט װוי אַלע מענשען; אַ מין הייליגער.

אָפֿט פֿלעגט ער אָבער אױיף אײַניגע פֿון אונז מאַכען דעם אײַנדרוק, אַז ער איז אַ שטיקעל פּאָליטישען. מיר פֿלעגען צװוישען זיך זאָגען, אַז ער איז כיטרע, אַז ער װוייסט װואָס צו פֿאַרשװוײַגען און װוי צו ריידען — װוי עס לױינט זיך. בײַ קיין ליגען אָדער צבועצסטװוא האָט מען איהם אָבער קיינמאָל ניט געכאַפּט.

אין סך-הכל איז ער געװוען אַן אינטערעסאַנטע פֿערזענליכקייט. ער האָט געפֿיהרט אַ פּרינציפּ-טרײַען לעבען און אָפֿט נעהונגערט. דאָס איז געװוען אײַנע פֿון די אורזאַכען, װועלכע האָבען איהם געבראַכט צו שװוינדזוכט און צו אַ פֿריה-צײַטיגען טױיט.

אין זײַנע לעצטע מאָנאַטען האָט ער גאַנצע טעג פֿאַרבראַכט אין פּראָספּעקט פּאַרק, װואו ער האָט זײַן גוף געשפּײַזט מיט מילך, און זײַן גײַסט — מיט לעזען און טראַכטען.

2
אין אַ גרעמער סקול, צוזאַמען מיט אַמעריקאַנער באָים. — פֿאַררעל, מײַן אַמעריקאַנער לעהרער.

איך האָב ביסלעכװוײַז גענומען געבען לעסאָנס אין ענגליש. איך האָב נאָך אַלײַן די שפּראַך געקענט נאָר „טעאָרעטיש", פּשוט'ער גערעדט — גאַנץ װויניג; פֿונדעסטװועגען האָבען מיך אײַניגע פֿון מײַנע באַקאַנטע מיט פֿאַרגעניגען אָנגענומען פֿאַר אַ לעהרער.

איך האָב זײַ געלערענט װויפֿיל איך האָב געקענט, און צו דער זעלבער צײַט האָב איך פֿאָרטגעזעצט אַלײַן צו שטודירען די שפּראַך. איך האָב זיך גענומען ספּעציעלע מיה ריכטיג צו װויסען װוי אױיסצוריידען די װוערטער, װועלכע איך האָב געלעזען מיט מײַנע שילער.

אַזױי װוי דער אַמעריקאַנישער „ר" האָט אַ גאַנץ אײַגענאַרטיגען קלאַנג (ער איז אַנדערש אפֿילו װוי בײַ די ענגלענדער), האָב איך גענומען נאָכמאַכען דיזען „ר". מיט דעם ענגלישען „טה", װועלכער װוערט אױיסגעערדט מיט דער הילף פֿון דעם ברעג צונג (עס האָט 119זיך פּשוט ניט געגלױיבט, אַז מען מיינט דאָס ערנסט און ניט קיין שטיפֿערישע איבערקרימעניש), האָט יעדער אימיגראַנט טראָבעל. מײַן צונג איז אָבער אַזעלכע שװועריגקייטען לײַכט בײַיגעקומען.

װוען מײַנע חברים פֿון די אימיגראַנטען האָבען געהערט װוי איך סטאַרע זיך אױיסצוריידען ענגלישע װוערטער אױיף דעם „עכטען אַמעריקאַנער" שטייגער, איז דאָס אײַניגע פֿון זײַ אױיסגעקומען אָפּשטױיסענד: עפּעס אַזױי װוי איך װואָלט זיך געקרימט, געמאַכט משונה'דינע אװואיעם. אָבער מיסעם זאָסס' טאָכטער און איהר מאַן האָבען פֿון מײַן „טה" און „ר" געקליבען נחת.

איך האָב זיך מישב געװוען, אַז דאָס בעסטע װועט זײַן, װוען איך װועל געהן אין סקול, ניט אין אַ איװוונינג-סקול, צוזאַמען מיט אַנדערע אױיסלענדער, נאָר אין אַ רעגעלמעסיגער גרעמער-סקול, צוזאַמען מיט אַמעריקאַנער קינדער. דאָס איז מיר איצט מעגליך געװוען, װואָרים בײַטאָג בין איך שױין געװוען פֿרײַ. די לעסאָנס, װואָס איך האָב געגעבען, זײַנען אַלע געװוען אין אָװוענד.

איך בין, אַלזאָ, אַרױיפֿגעקומען אין דער פּאָבליק-סקול, װואָס נעפֿינט זיך אױיף קריסטי, קאָרנער העסטער (זי שטעהט דאָרטען עד היום, נאָר די געבײַדע איז אַ נײַע).

איך בין אַרײַנגעקומען אין דעם אַלגעמיינעם זאַל. אױיף דער פּלאַטפֿאָרמע איז געזעסען דער פּרינסיפּאַל — אַן אַלטער מאַן מיט װוײַסע באַקען-בערד — מיסטער ראיט. אױיף מײַן געמאַטערטען ענגליש האָב איך איהם ערקלערט, אַז איך בין אין דער היים געװוען אַ טיטשער אין אַ פּאָבליק-סקול און דאַ װויל איך װוערען אַ שילער אין אַזאַ שול, כדי זיך גרינדליך אױיסצולערנען די אױיסשפּראַך.

ער האָט מיך פֿאַרשטאַנען, און מײַן ערקלערונג האָט איהם פֿאַראינטערעסירט. ער האָט מיר געראָטען אָנצוקומען אין דעם העכסטען קלאַס. צװוישען די קלײַנע קינדער, אין די נידעריגע קלאַסען, װואָלט איך געװוען פּונקט אַזאַ אױיסלענדער, װוי צװוישען 120אין אַ קלאַס-צימער, װואו עס זײַנען געזעסען באָים פֿון צװועלף, דרײַצעהן און פֿערצעהן יאָהר; און דאָרטען האָט ער מיך פֿאָרגע-שטעלט פֿאַר דעם טיטשער, אַ מיסטער פֿאַררעל, אַ מאַן מיט האַר-טע, שװואַרצע האָר און װואָנצעם, אין אַ לאַנגען שװואַרצען ראָק.

דער פּרינסיפּאַל האָט איהם אַלץ ערקלערט, און ער, מיסטער פֿאַררעל, האָט מיר געגעבען אַ סיט בײַ אײַנעם פֿון די ערשטע דעסקס, נאָהענט צו זײַן טישעל. ער האָט מיך אַװועקגעזעצט לעבען אַ באָי מיט'ן נאָמען פֿירסט, װועלכער איז געװוען אײַנער פֿון די בעסטע שילער אין קלאַס, און ער האָט איהם געהייסען מיר העלפֿען מיט דער אױיסשפּראַך. דערבײַ האָט ער צו מיר געמאַכט אװואיעם, װוי צו אַ שטומען.

בײַ צװוייי-דריטעל פֿון די באָים זײַנען געװוען קריסטליכע, און פֿון דער אידישער דריטעל איז אפֿשר אַ העלפֿט באַשטאַנען פֿון „יהודים".

אײַנער פֿון די אידישע (ניט-יהודים'שע) שילער איז געװוען איבערהעם סאַראַזאָהן, דער זוהן פֿון כתריאל סאַראַזאָהן, דער גרינדער פֿון „טאָגעבלאַט" (דאַן האָט ער אַרױיסגעגעבען אַ אידיש װואָכענבלאַט אונטער'ן נאָמען „די גאַזעטטען").

סײַ די קריסטליכע, סײַ די אידישע אינגלעך האָבען מיך גוט באַהאַנדעלט; און דער לעהרער אױיך. בשעת איך פֿלעג לעזען, האָט קיינער ניט געלאַכט. פֿאַרקערט, די באָים האָבען מיט זײַערע אױי-יעם אױיסגעדריקט איבעראַשונג, אַזױי װוי זײַ װואָלטען זיך גע-חדוש'ט, װוי גוט איך לעז ענגליש. זײַ האָבען דאָס געטאָן אומישנע, מיר צוגעבען מוט. זײַ האָבען זיך אָבער טאַקע געװואונדערט אױיך. װוען איך האָב איבערגעלעזען דעם אײַנפֿאַכסטען װואָרט, זײַ-נען זײַ איבעראַראַשט געװואָרען, עפּעס אַזױי װוי איך װואָלט געװוען אַ קאַץ אָדער אַ קאַלב, און עס איז מערקװוירדיג װואָס איך קען גאָר אַרױיסלאָזען אַ מענשליכען קלאַנג פֿון מײַן מױיל.

מיסטער פֿאַררעל האָט די באָים געלערענט זינגען אױיך. ער אַלײַן האָט אָבער ניט מיטגעזונגען. קיינמאָל ניט. ער פֿלעגט נאָר קאָמאַנדעװוען, קוקען אין ביכעל מיט געדרוקטע נאָטען, מאַכען 121מיט'ן פֿינגער אַהין און אַהער און צײַלען דעם טאַקט: אײַנס, צװויי, דרײַ! אײַנס, צװויי, דרײַ! און די באָים פֿלעגען זינגען.

איך בין געװוען זיכער, אַז ער קען קיין טאָן ניט נעהמען.

— און דיזער „שטומער דיריגענט" לערענט דאָס זינגען! — פֿלעג איך זיך טראַכטען. איך האָב דאָס צוגעלייגט צום צעטעל פֿון באַשולדיגונגען, װואָס איך האָב געהאַט געגען קאָלאַמבוס'ען...

אײַנמאָל, װוען איך בין געזעסען און געקוקט אױיף איהם, מיט זײַנע האַרטע, שװואַרצע האָר, איז מיר פֿאָרגעקומען, אַז ער זעהט אױיס װוי עליע איטשע, דער ראש-ישיבה, מײַן אַמאָליגער רבי. צו געפֿינען עהנליבקייט צװוישען זײַ איז געװוען קאָמיש. אָבער װואָס מעהר איך האָב געקוקט אױיף מיסטער פֿאַררעל'ען, אַלץ גרעסער איז די עהנליכקייט געװואָרען.

פֿרײַטאָג פֿלעגט קומען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער לעהרער פֿון זינגען. דאַן פֿלעגט פֿאַררעל מיט מיר אַרױיסגעהן אין דעם אַלגעמיינעם זאַל און דאָרטען מיר געבען אַ באַזונדערען לעסאָן אין לעזען ענגליש.

װוען פֿאַררעל האָט גערעדט אָדער פֿאָרגעלעזען עפּעס פֿאַר'ן קלאַס, האָב איך זיך צוגעהערט צו יעדען װואָרט, צו יעדען קלאַנג. איך האָב זיך אױיך צוגעהערט צו דער אױיסשפּראַך פֿון די באָים. איך האָב נאָכגעפֿאָלגט זײַערע מאַנירען, זײַערע מינעם. דאַ האָט מיר די ענגלישע שפּראַך געקלונגען נאָך משונה'דינער, אונאַטיר-ליכער װוי אין ליװוערפּול. מיר האָט זיך געדוכט, אַז דער לעהרער קרימט די ליפֿען, מאַכט משוגענע שטיק. אָבער זײַן פֿרײַנדליכקייט און גוטסקייט צו מיר האָט מיר אַלץ צוגעדעקט.

מיר האָבען געלעזען מאָק-גאַפֿפֿי'ס פֿינפֿטען „ריעדער". אײַנ-מאָל האָט מען געלעזען אַן אױיסצוג װועגען דעם אַמעריקאַנער פֿױיגעל באָבאָלינק. די ערשטע װוערטער זײַנען געװוען:

122האָט מיר געקלונגען אַזױי זאָנדערבאַר, אַזױי פֿרעמד, אַז די סצענע און די טענער האָבען זיך טיף אײַנגענראָבען אין מײַן געדאַנק.

אין שפּעטערע יאָהרען, װוען איך האָב זיך גענומען אינטערעסי-רען מיט אַמעריקאַנער פֿױיגלען, האָב איך צוערשט די גרעסטע אױיפֿ-מערקזאַמקייט געשאָנקען דעם באָבאָלניק. און עד היום, װוען עס געהט אַװועק אַ פֿריהלינג און איך זעה ניט דיזען עכט-אַמעריקאַנער פֿױיגעל און הער ניט זײַנע אָנגענעהמע קלאַרנעטענע טענער, פֿעהלט ער מיר אַ גאַנץ יאָהר.

עטליכע מאָל האָט מיסטער פֿאַררעל די באָים געהייסען זיך אַראָפֿנעהמען אַ מוסר פֿון מיר. ער פֿלעגט מיר עפּעס פֿרעגען װועגען רוסלאַנד, און אַז איך פֿלעג איהם ענטפֿערען, פֿלעגט ער צו זײַ זאָגען:

— איהר זעהט, מר. קאהאן קען גוט די געאָגראַפֿיע פֿון זײַן געבורטס-לאַנד; פֿאַרװואָס-זשע האָט איהר ניט קיין חשק צו לערנען די געאָגראַפֿיע פֿון אײַער לאַנד?

ביכער האָט מען געגעבען אומזיסט — און אַ גאַנצען באַרג. פֿלעג איך אין דער פֿריה געהן מיט אַ פּאַק ביכער אין סקול אַרײַן, װוי אַ באָי, און אין אָװוענד פֿלעג איך װוערען אַ לעהרער. און שפּעטער אין אָװוענד, װוען איך פֿלעג קומען אַהיים, פֿלעג איך אָנגעהן מיט מײַן „אַפּפֿעלטאָן'ס גרעממער".

אין פֿאַרלױיף פֿון עטליכע מאָנאַטען האָב איך שױין פֿאַר-שטאַנען גענוג ענגליש צו לעזען צײַטונגען און ביכער.

אין גאַנצען בין איך אין סקול געגאַנגען בײַ דרײַ מאָנאַט. מעהר װואָלט איך פֿון איהר ניט געקענט ציהען קיין נוצען. און „אַפּפֿעלטאָן'ס גרעממער" איז מיר שױין אױיך געװוען איבעריג. אָבער אַז מען הױיבט עפּעס אָן, װוילט זיך ניט לאָזען אין מיטען. האָב איך זיך געקליבען צו דערגעהן אין „אַפּפֿעלטאָן'ס גרעממער" ביז'ן סוף — אַלץ געקליבען זיך און אָפֿגעלייגט.

אײַנמאָל האָב איך אַ קוק געטאָן אין אַפּפֿעלטאָן'ס לעצטען לעסאָן. איך האָב זיך ערקונדיגט, אַז דאָס איז בײַ מיר שױין אױיך קיין נײַעס ניט; און אַז איך דאַרף דעם בוך אבסאָלוט שױין מעהר ניט האָבען.

3
װויליאַם פֿרעי. — פֿעליקס אדלער. — מײַן ערשטער אַרטיקעל אױיף ענגליש.

123אין יענע מאָנאַטען האָט די פֿערזענליכקייט פֿון װויליאַם פֿרעי, דער רוסישער געלעהרטער, װועלכער איז דערמאָנט געװואָרען אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל, געשפּילט אַ אינטערעסאַנטע ראָלע אין דעם גײַסטיגען לעבען פֿון אונזערע אינטעליגענטע אימיגראַנ-טען. דאָס איז געװוען אײַנער פֿון די מערקװוירדיגסטע מענשען, װואָס איך האָב װוען עס איז באַגעגענט. אַזעלכע נאַטורען זײַנען פֿאַראַן װויניג אױיף דער װועלט.

דער לעזער װוייס שױין, אַז ער איז געװוען אַ קאָמוניסט, און אַז דער קאָמוניזם איז בײַ איהם געװוען צוזאַמענגעבונדען מיט אױגוסט קאָנט'ס „רעליגיאָן פֿון דער מענשהייט". קאָנט אַלײַן איז קיין קאָמוניסט ניט געװוען. אױיך האָבען זײַנע אַנדערע אָנהענגער ניט געהאַלטען פֿון קאָמוניזם. בײַ פֿרעי'ען אָבער זײַנען די צװויי „איזמען" — דער פּאָזיטיװויזם און דער קאָמוניזם — געװוען אַ צוזאַמענגעװואַקסענער צװוילינג. און ער האָט זײַ געדינט אַזױי װוי אַ באַגײַסטערטער פֿרומאַק דינט זײַן אמונה. דערבײַ האָט ער אַרױיסגעװויזען אַ מערקװוירדיג שטאַרקען כאַראַקטער. ער איז געװוען אַ מאָראַלישער ריעז.

זײַן אײַנפֿלוס אױיף אונז איז געװוען גרױיס, און אױב דיזער אײַנפֿלוס האָט לאַנג ניט אָנגעהאַלטען, איז אָבער בײַ יעדען פֿון אונז אױיף אײַביג פֿאַרבליבען פֿרעי'ס געשטאַלט װוי אַ ליכטיגער שטערן. מיר האָבען איהם אַלע פֿאַרגעטערט, און אײַניגע פֿון אונז האָבען איהם געפֿאָלגט װוי אַ באַגײַסטערטער חסיד פֿאָלגט זײַן רבי'ן.

זײַן אמת'ער נאָמען איז געװוען װולאַדימיר היינס, אָבער אין אַמעריקא האָט ער זיך אַ נאָמען געגעבען װויליאַם פֿרעי, און אַזױי האָט ער זיך שױין גערופֿען ביז זײַן טױיט.

ער האָט איצט געװואױינט אין ניו יאָרק, אָבער נאָר אױיף עטליכע מאָנאַט. ער האָט זיך געקליבען צו פֿאָהרען אין דער 124קאָמונע „ניו אָדעסא", װועלכע איז געגרינדעט געװואָרען פֿון דעם ערשטען אָדעסער „עם-עולם", לעבען פֿאָרטלענד, אָרעגאָן.

אין זײַנע יוגענד-יאָהרען האָט ער שטודירט אין דער מילי-טערישער אַקאַדעמיע פֿון פּעטערסבורג; דערנאָך איז ער געװואָרען אַן אָפֿיציר און אַ װויסענשאַפֿטסמאַן. ער האָט אַנטייל גענומען אין אַ געװויסער װויסענשאַפֿטליכער עקספּעדיציע, און ער איז שנעל געשטיגען; אָבער פּלוצלינג האָט ער אַלץ אַװועקגעװואָרפֿען און איז אַװועק דינען זײַן קאָמוניסטישען אידעאַל. אין 1875 איז ער געקומען קיין אַמעריקא מיט אַ גרופּע אַנדערע אידעאַ-ליסטען, און אין דעם סטייט קענזעס האָבען זײַ געגרינדעט אַ קאָמוניסטישע קאָלאָניע. דאָרטען האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער לעהרע פֿון דעם פֿראַנצױיזישען פֿילאָזאָף, אױגוסט קאָנט; ער האָט איהר אױיך גרינדליך דורכגעשטודירט און איז פֿאַר איהר באַגײַסטערט געװואָרען. ער האָט גענומען פֿיהרען זײַן לעבען לױיט קאָנט'ס רעליגיע, אָבער אױיף אַ פֿיל טיפֿערען רעליגיעזען שטייגער װוי אַנדערע קאָנטיסטען, און צו דער „רעליגיאָן פֿון דער מענשהייט" האָט ער צוגעגעבען ניט נאָר קאָמוניזם, נאָר אױיך װועגעטאַריאַניזם. ער האָט זיך געשפּײַזט נאָר מיט פֿרוכט און גרינסען. און אין דעם איז ער געװוען אַזױי פֿרום װוי אין זײַן „רעליגיאָן פֿון דער מענשהייט".

ער איז געװוען פֿון מיטעלען װואוקס, אַ דאַרער, מיט שװואַרצע װוייכע האָר און אַ שװואַרצע װוייכע באָרד, מיט רעגעלמעסיגע געזיכטס-שטריכען, װועלכע פֿלעגען אָפֿט באַקומען אַ קינדערשען אױיסדרוק.

איך פֿלעג איהם באַזוכען אױיף זײַן קװואַרטיר (אין אַן אָרימען טענעמענט-הױיז אױיף דער נײַנטער סטריט, לעבען דער ערשטער עװועניו), און בײַ יעדען װויזיט פֿלעג איך פֿיהלען װוי אַ חסיד פֿיהלט בײַ זײַן רבי'ן, הגם זײַן קאָנטיזם האָט מיך ניט גענומען און זײַן װועגעטאַריאַניזם האָט אין מיר נאָר אַרױיסגערופֿען נײַגעריגקייט.

פּאָול קאַפּלאַן, װועלכער איז געװוען אײַנער פֿון די פֿיהרער פֿון דער „ניו אדעסא" און האָט באַזאָרגט זײַערע געשעפֿטען אין ניו יאָרק, האָט דאַן געװואױינט בײַ די פֿרעים.

װויליאַם פֿרעי (אין 1883).
װויליאַם פֿרעי (אין 1883).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 124–125)

125כמעט אַלץ װואָס פֿרעי האָט געטאָן, איז געװוען אַ טייל פֿון זײַן רעליגיע. ער פֿלעגט אַלײַן קנעטען און באַקען אַזאַ מין לאַנגינקע בולקעלעך פֿון אַ ספּעציעלען סאָרט מעהל, לױיט זײַן טעאָריע פֿון אָפּהיטען דאָס געזונט. אַרום די דאָזיגע בולקעלעך פֿלעגט ער אַרומפֿאַדען װוי אַ פֿרומער איד אַרום מצה שמורה. אַז ער פֿלעגט עסען, פֿלעגט ער קײַען און שלינגען מיט אַ פֿרומער כּונה. דאָס אַלץ איז בײַ איהם געװוען אַ הייליגע באַשעפֿטיגונג, אַ מצוה.

דער הױיפּט צװועק פֿון זײַן לעבען איז געװוען צו דינען דער מענשהייט; דעריבער איז עס זײַן פֿליכט צו היטען זײַן אײַגענעם געזונט אױיך, װואָרים ער, פֿרעי, איז דאָך אַ טייל פֿון דער מענשהייט. דאָס איז געװוען זײַן טעאָריע.

ער איז געװוען אַ פֿאַנאַטיקער, אָבער אַן אינטערעסאַנטער פֿאַנאַטיקער.

מרס. פֿרעי, זײַן פֿרױי, איז אױיך געװוען אַ פּאָזיטיװויסטקע. זי איז געװוען פֿון אַ פֿריצישער פֿאַמיליע, אַזױי װוי ער, און אין ניו יאָרק האָט זי געװואָשען גרעט, אײַגענע און פֿרעמדע.

זי איז געװוען קלײַן-געװואַקסען און איהר געזיכט האָט געהאַט אַ צייכען פֿון אַ סיבה, װואָס האָט איהר געטראָפֿען װוען זי און איהר מאַן האָבען געלעבט אין דער קענזעסער קאָמונע. פֿרעי האָט עפּעס געבױיט און זי האָט איהם געהאָלפֿען. זי איז געשטאַנען אונטען, און ער האָט פֿון אַ אױיבערשטען פֿענסטער איהר דערלאַנגט אַ קלאָץ. זי האָט די קלאָץ ניט פֿאַסספּייעט צו כאַפֿען אין צײַט, און זי האָט איהר שטאַרק צוקאַליעטשעט דעם נאָז. דעם אַנגע-נעמען קלוגען אױיסדרוק פֿון איהר פּנים האָט דאָס אָבער ניט געשטערט.

זײַ האָבען געפֿיהרט אַן אידעאַלען לעבען פֿון אײַנפֿאַכקייט, עהרליכע פּראַצע און פּרינציפּ-טרײַהייט. איך פֿלעג זיצען בײַ זײַ אין שטוב, און זיך קלעהרען מיט עהרפֿורכט: „אין רוס-לאַנד װואָלטען זײַ געקענט לעבען רײַך און אַריסטאָקראַטיש, און דאָ באַקט ער זײַנע בולקעלעך און זי װואַשט גרעט, און זײַ פֿאַרברענגען די פֿרײַע צײַט אין פּרעדיגען זײַערע אידעען".

126היינט, װוען איך באַטראַכט פֿרעי'ען, װוי איך געדענק איהם, זעה איך אַז קיין מענש מיט אַ ברייטען בליק איז ער ניט געװוען. קיין פּראַקטישען באַגריף װועגן דער װועלט און װועגן מענשען האָט ער אודאַי ניט געהאַט. בעטראַכטען אַ זאַך פֿון דעם אַנדערען'ס שטאַנדפּונקט איז אױיך ניט געװוען זײַן טבע. ער איז געװוען זעהר אײַנזײַטיג, אָבער אַזױ זײַנען דאָך אַלע פֿאַנאַטיקער.

זײַנע מיינונגען װועגן דעם פֿרײַהייטס־קאַמף אין רוסלאַנד און װועגן דער אַרבייטער באַװועגונג אין אַמעריקא זײַנען געװוען אונפּראַקטיש, פּשוט קינדערש. ער איז געװוען געגען יעדען קאַמף. ברױיכען גװואַלט־מיטלען, אַפֿילו געגען דעם ערגסטען טיראַן, טאָר מען ניט, — האָט ער געזאָגט. אױיך טאָר מען ניט אָרגאַניזירען זיך און פֿאָדערען מעהר װוידזשעם.

„אַלעם גוטעס, װואָס מיר האָבען געפֿונען, האָט פֿאַר אונז צוגעגרייט די מענשהייט, — פֿלעגט ער דרש'ענען, — דעריבער איז אונזער פֿליכט צו געבען דער מענשהייט װואָס מעהר און בײַ איהר צונעמען װואָס װוייניגער; װואָס מעהר שאַפֿען און װואָס װוייניגער פֿאַדערען!"

אַזױ פֿלעגט ער אױיך ריידען צו די פֿיהרער פֿון דער אַרבייטער באַװועגונג, מיט װועלכע ער איז געװוען באַקאַנט.

צו זײַן פּאָזיטיװויסטישער אידעע, װוי ער האָט איהר אױיסגעטיטשט, איז ער געװוען איבערגעגעבען מיט אַ פֿייער און אַ זעלבסט־אָפֿפֿערונג, װועלכע כאַראַקטעריזירען נאָר פֿיהרער פֿון גרױיסע רעליגיעזע באַװועגונגען. ער האָט געהאַט אַן אייזערנע נאַטור, און אױיף אונז האָט ער געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ פֿאַרצײַטיגען נזיר, אָדער אַ רעליגיעזען מאַרטירער, װואָס קומט אַפֿ פֿאַר זײַן אמונה און קען זיך לאָזען ברענען און בראָטען פֿאַר איהר.

מיט עטליכע יאָהר שפּעטער, װוען ער האָט געװואױינט אין ענגלאַנד, האָט די פֿרױי פֿון פֿרעדריק העררדיסאָן, דער פֿיהרער פֿון די פּאָזיטיװויסטען, װועגן איהם געזאָגט: „אײַדער איך בין באַקאַנט געװואָרען מיט פֿרעי'ען, האָב איך ניט געהאַט קיין 127באַגריף װואָס פֿאַר אַ סאָרט מאַן יעזוס קריסטוס איז געװוען. איצט קען איך זיך איהם פֿאָרשטעלען."

װוען ער איז געװוען אין ניו יאָרק, האָט ער פֿאַר אונזער קאָלאָניע געהאַלטען אַ סעריע לעקטשורס (אױיף רוסיש) איבער זײַן פּאָזיטיװויזם. טיילװוייז זײַנען זײַנע לעקטשורס געװוען גערכטעט געגען רעװואָלוציאָן, װואָרים, װוי געזאָגט, איז ער געװוען געגען יעדער פֿאַרמע פֿון גװואַלט־טאַט. ער האָט געפּרעדיגט ברידערליכקייט און קאָמוניזם; און דער פּרינציפּ פֿון ניט װועהרען זיך, ניט געבען קיין װוידערשטאַנד (נאָן־רעזיסטענס), װועלכעס מאָלסטאַי האָט שפּעטער געפּרעדיגט, איז געװוען אַ טייל פֿון פֿרעי'ס „אמונה", אַזױ װוי קאָמוניזם און װועגעטאַריאַניזם.

די קאָנטיסטישע לעהרע האָט בײַ איהם באַקומען אַן אייגענ־אַרטיגען כאַראַקטער. אַזױ װוי אַ מוזיקער נעמט אַ נגון און שפּילט איהם מיט ענדערונגען אױיף זײַן אייגענעם שטייגער, אַזױ האָט פֿרעי געטאָן מיט קאָנט'ס „רעליגיאָן פֿון דער מענש־הייט". אױיף זײַנע מיטינגען פֿלעג איך דעבאַטירען מיט איהם אינ'ס נאָמען פֿון מאַטעריאַליזם און קלאַסען־קאַמפֿ; אָבער דער עולם האָט געהאַלטען מיט איהם.

מיט קאָנט'ס טעאָריע האָט ער צוזאַמענגעבונדען געװויסע טיילען פֿון הערבערט ספּענסער'ס טעאָריע, און דער סך הכל איז געװוען אַ געדאַנק, אַז די מענשהייט איז אַן אָרגאַניזם — אײַן ריזיגע באַשעפֿעניש; און די אייצעלנע מענשען זײַנען אַזױ װוי אַטאָמען (טיילכעלעך) פֿון דיזען גרױיסען אָרגאַניזם.

צװוישען די ערקלעהרונגען און באַמערקונגען, װואָס זײַנען פֿאַרבליבען אין דעם זכרון פֿון די װואָס האָבען זײַנע לעקטשורס בײַגעװואױינט, געפֿינט זיך די פֿאָלגענדע:

„מיר טאָרען ניט שעדיגען אונזער געזונט, װוייל מיט דעם שעדיגען מיר אַן אַטאָם פֿון דער מענשהייט; מיר טאָרען ניט זײַן שלעכט צו אַנדערע מענשען און מיר טאָרען ניט זינדיגען נעגען זיך אַליין, װואָרים אַלע זײַנען מיר אַטאָמען פֿון דעם גרױיסען אָרגאַניזם — מענשהייט."

„װואָס פֿאַר אַ רעכט האָט אַ זשעליאַבאָװו געהאַט צו פֿאַרלירען 128זײַן טײַערע בלוט צוליב די שמוציגע בלוט פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען?" — האָט ער געפֿרעגט.

אױיף יענעם מיטינג האָב איך איהם געפֿרעגט אַ קשיה:

— אױיב די מענשהייט איז אַן אָרגאַניזם, מוז מען דעם דאָזיגען אָרגאַניזם אױיסהיטען פֿון קראַנקהייטען: אַמאָל מוז מען מאַכען אַן אָפּעראַציע איבער איהם, װוי מען טוט מיט דעם אָר־גאַניזם פֿון אַן איינצעלנעם מענשען. אױיב אַ געװויסער גליד איז אַזױ קראַנק אַז ער איז שעדליך פֿאַר די איבעריגע גלידער, דאַרף מען איהם אָפּשניידען. אָט דאָס האָבען די רעװואָלוציאָנערען געטאָן מיט אַלעקסאַנדער'ן.

אױיף דעם האָט פֿרעי געענטפֿערט, אַז קיינער האָט ניט קיין רעכט זיך צו ערקלערען פֿאַר דעם דאָקטאָר און כירורג פֿון דער מענשהייט; אַז קיינער האָט קיין רעכט ניט צו מאַכען בלוטיגע אָפּעראַציעס איבער איהר.

איינמאָל, װוען ער האָט קריטיקירט די רוסישע רעװואָלו־ציאָנערען פֿאַר זייערע טהאַטען, איז איינער פֿון דעם עולם, אַ היציגער יונגער מאַן, אױיפֿגעשפּרונגען.

— איהר זײַט אַ פֿאָדלעץ! — האָט ער אױיסגעשריען.

אָבער פֿרעי איז אַפֿילו ניט אין כעס געװואָרען.

אױיף שפּאַס פֿלעגען מיר איינער דעם אַנדערען רופֿען „אַטאָם": „קום אַהער, מיסטער אַטאָם", אָדער „װוי געפֿעלט דאָס דיר, מײַן ליבער אַטאָם?" צו פֿרעי'ען און זײַנע לעקטשורס האָבען מיר זיך אָבער פֿאַרהאַלטען זעהר ערנסט.

יעדען זונטאָג אין דער פֿריה פֿלעגט פֿרעי געהן אין טשיקערינג האָלל (אױיף פֿינפֿטע עװועניו לעבען אַכצענטער סטריט), װואו פֿעליקס אַדלער פֿלעגט האַלטען זײַנע לעקטשורס, ריכטיגער געזאָגט דרשות, פֿאַר זײַן „עטהיקעל קאָלטשור סאָסייעטי" (געזעלשאַפֿט פֿון מאָראַל־פּראָפּאַגאַנדע) *. פֿרעי'ען האָט אַדלער'ס טעאָריע ניט 129צופֿרידענגעשטעלט; ער האָט איהם אָבער געהאַלטען פֿאַר אַ פֿאָרטגעשריטענעם און נוצליכען מאָראַל־פּרעדיגער, און אין זײַן טעטיגקייט האָט ער געפֿונען אַ שטיקעל שייכות צו דער „רעליגיאָן פֿון דער מענשהייט".

איך פֿלעג אױיך אָטענדען אַדלער'ס לעקטשורס. אָבער פֿאַר מיר זײַנען זיי געװוען ניט מעהר װוי לעסאָנס אין דער ענגלישער שפּראַך (אַ פֿאָר יאָהר שפּעטער פֿלעג איך מיט דעמזעלבען צװועק געהן הערען דרשות אין קריסטליכע קירכען אױיך). פֿאַר פֿרעי'ען אָבער איז טשיקערינג האָלל טאַקע געװוען אַ טעמפּעל. די אױיסערליכע פֿאָרמע פֿון רעליגיע איז אױיך פֿאַר איהם געװוען װויכטיג.

צװויי אָדער דרײַ מאָל בין איך מיט איהם, און מיט זײַן באַי װויללי, אהין געגאַנגען צוזאַמען.

אַדלער פֿלעגט אימער אַרײַנקומען װוען דער אָרגעל האָט שױין געהאַלטען אין שפּילען. געקליידעט אין אַ לאַנגען, שװואַרצען ראָק, פֿלעגט ער זיך באַװוייזען דורך דער פּלאַטפֿאָרמע־טיר, און מיט לאַנגזאַמע טריט, מיט פּריסטערישער זעלבסט־װוירדע פֿלעגט ער צוגעהן זײַן גרױיסען שטול און זיך זעצען, אױיסקלייגענדיג אַ פֿוס אױיף אַ פֿוס און די אָרעמס אױיף די צװויי פֿאַרענצען. אימער אַזױ. זײַן יעדע באַװועגונג איז געװוען דיזעלבע יעדען זונטאָג.

אַלע אױיערען זײַנען אָנגעשטרענגט אױיף די כװואַליעם מוזיק, װואָס טראָגען זיך איבער'ן הױיכען, גרױיסען פֿאָראָדנעם זאַל. אַלע אױיגען זײַנען אָנגעשטרענגט אױיף דעם מאַן אין דעם שװואַרצען ראָק. דער אָרגעל װוערט אַנטשװויגען. דער מאַן אין דעם שװואַר־ 130צען ראָק זיצט נאָך. אַ שטילקייט הערשט. זי װוירקט אױיף די נערװוען. דער מאַן אין דעם שװואַרצען ראָק שטעלט זיך לאַנג־זאַם אנידער און לאַנגזאַם געהט ער צו צום ברעג פּלאַטפֿאָרמע. ער בלייבט שטעהן. די שטילקייט װוערט, דאַכט זיך, נאָך טיפֿער. ענדליך הױיבט ער אָן. ער הױיבט אָן מיט אַ שטימע, װואָס קלינגט מיט װואַשנעקייט, מיט פֿייערליכקייט, מיט אַן ערנסטקייט, װואָס פֿאַרטראָגט אין אַ יום־טוב־דיגען טרױיער.

פֿרעי זיצט מיט זײַן װויללי'ן אױיפֿ'ן שױיס, און זײַן געזיכט שײַנט מיט פֿרומקייט. איך זיץ לעבען איהם און פֿון צייט צו צייט באַטראַכט איך זײַן פּנים. איך גלױיב ניט אין זײַן לעהרע און אױיך גלױיב ניט אין אַדלער'ס לעהרע; איך בין אָבער שטאָלץ מיט דעם װואָס איך זיץ לעבען פֿרעי'ען און זײַן שטילע התלהבות באַצױיבערט מיך.

איניגע פֿון אונז זײַנען אױיף אַ געװויסער צייט געװואָרען פּאָזיטיװויסטען און װועגעטאַריאַנער. אױיף עטליכע מאָנאַטען איז װועגעטאַריאַניזם געװואָרען די „העכסטע מאָדע" אין דער רוסישער קאָלאָניע. יונגע באַלעבאַסטעס האָבען זיך געלערענט מאַכען פֿאַר־שידענע מאַכלים פֿון גרינסען און פֿרוכטען; מען האָט אױיסגע־קלערט אַלערליי גערכטען. אָפֿט האָט דאָס קיין שום טעם ניט געהאַט. מען האָט אָבער געגעסען און זיך כלומר'שט פֿאַסמאַקעװועט.

איינער פֿון די באַגייסטערטע פֿרעי'איסטען און װועגעטאַריאַ־נער איז געװוען מײַנער אַ לאַנדסמאַן, אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען מירסקי. אַ געװויסע צייט — אין דעם זומער 1883 — האָבען מיר געװואױינט אױיף אַיין קװואַרטיר (אױיפֿ'ן סטופֿ פֿון 181 קריסטי סטריט). אַיין מאָל האָט ער מיך מכבד געװוען מיט אַ זופּ, װואָס ער האָט אױיסגעקאָכט פֿון צעהן מינים גרינסען. עס האָט גע־טױיגט אױיף כפּרות. ער האָט מיר אָבער פֿאָרזיכערט, אַז עס איז אַן אַנטיק, און אַז ער פֿיהלט װוי עס קומט איהם צו געזונט פֿון יעדען לעפֿעל.

איינער פֿון די, װואָס זײַנען באַקערט געװואָרען צו פֿרעי'ס רעליגיע, איז געװוען באָקאַל. ער איז געװואָרען אַן איבערגעבענער 131װועגעטאַריאַנער און ער האָט גענומען לעבען װוי אַן אמת'ער פֿרוש, ביז ער איז קראַנק געװואָרען און געשטאָרבען, װוי עס איז שױין דערצעהלט געװואָרען.

אַ פֿאָר פֿון אונזערע אימיגראַנטען זײַנען אױיף אימער פֿאַר־בליבען פֿרעי'איסטען, דאָס הייסט פּאָזיטיװויסטען און װועגעטער־יאַנער (מעהר אָדער װועניגער), אָבער אָהן דעם קאָמוניזם.

מײַן קװואַרטיר אין 181 קריסטי סטריט עראינערט מיך אָן דעם ערשטען אַרטיקעל, װואָס איך האָב אױיפֿגעשריבען אױיף ענג־ליש, װואָרים דאָרטען איז ער געשריבען געװואָרען. ער איז ער שינען אין דער „ניו יאָרק װאָירלד" (דזשאָזעפֿ פּוליצער האָט מיט אַ קורצער צייט פֿריהער אָפּגעקױיפֿט די צייטונג און איהר אָנגעהױיבען צו ענטװויקלען. עס האָט זיך דאַן קיינעם ניט גע־חלום'ט, אַז ער װועט איהר מאַכען פֿאַר אַזאַ ריזיגער קראַפֿט).

אין מאָסקװוע איז דאַן פֿאָרגעקומען די קאָראָנאַציע פֿון אַלעקסאַנדער דעם דריטען, דער זוהן פֿון דעם צאַר װועמען די רעװואָלוציאָנערען האָבען געטױיט. די רוסישע דעפּעשען אין די אַמעריקאַנער צייטונגען האָבען דערצעהלט װועגען דער ליבע װואָס דאָס פֿאָלק װוייזט אַרױים צו דעם נײַעם קייזער, װועגען סצע־נעס פֿון איבערגעבענהייט און באַגייסטערונג בײַ דער קאָראָ־נאַציע. האָב איך זיך אױועקגעזעצט און אױיפֿגעשריבען אַן אַרטי־קעל, אין װועלכען איך האָב ערקלערט, אַז דאָס איז ניט אמת. דער אַרטיקעל איז ערשינען אין דער „װאָירלד" אױיף דער ערשטער פֿיידזש, מיט אַן אָנמערקונג, אַז די רעדאַקציע האָט איהם באַקו־מען פֿון אַ רוסישען אימיגראַנט און אַז זי דרוקט איהם װוי ער שטעהט און געהט.

אין אמת'ן האָבען זיי מײַן ענגליש שטאַרק פֿאַרדיכט.

4
מיכאַיל האַלפֿערין. — זײַן זוהן לואי.

אַ צװוייטע ליכטיגע פֿערזענליכקייט, מיט װועלכע מיר זײַנען אָפֿט געקומען אין באַריהרונג אין יענע יאָהרען, איז געװוען מיכאַיל האַלפֿערין.

132װויליאַם פֿרעי האָט איבערגעלאָזען אַ טיפֿען איינדרוק אױיף דער אינטעליגענץ פֿון דער רוסישער קאָלאָניע פֿון יענע יאָהרען, און מיכאַיל האַלפֿערין האָט איבערגעלאָזען אַ טיפֿען איינדרוק (הגם פֿון אַ גאַנץ אַנדער סאָרט) אױיף אַלע אידישע אימיגראַנטען פֿון די זעלבע צייטען.

אױיב פֿרעי איז די גרעסטע פֿיגור, איז האַלפֿערין די ליבליכ־סטע פֿיגור, װואָס די אימיגראַנטען מאַסע פֿון די אַכציגער יאָה־רען האָט דאָ באַגעגענט. די אַנדערע אַמעריקאַנער אידען, מיט װועלכע זיי האָבען געהאַט ערפֿאַהרונגען, האָבען דאָס רוב אױיף זיי געמאַכט אַן אונגינסטיגען איינדרוק. אָפֿט דורך מיספֿאַר־שטענדנישען, אָבער אָפֿט טאַקע דורך אמת'ע אורזאַכען, האָבען די דאָזיגע אַמעריקאַנער אידען דעם אימיגראַנט'ס שװוערע האַרץ נאָך שװוערער געמאַכט. האַלפֿערין אָבער איז געװוען אַ לעבעדיגע טרייסט פֿאַר זיי, אַ זייל פֿון ליכט.

אידען װואָלטען זאָגען, אַז האַלפֿערין איז אַ „דימענט", „אַ מענש אָהן אַ גאַל". אָבער אַזעלכע װוערטער קענען ניט אױיסדרי־קען די טיפֿע מענשען־ליבע פֿון דיזען מאַן.

װוען מיר זײַנען אהער געקומען איז ער געװוען אײַן־און־זעכציג יאָהר אַלט. ער איז געװוען אַ מענש פֿון מיטעלען װואוקס, ניט קיין דאַרער, מיט אַ שעהנע געזיכט, אױיף װועלכער עס איז געװוען אױיסגעגאָסען בילדונג, אײדעלקייט און צערטליכקייט, און װועלכע איז געװוען אײַנגעפֿאַסט אין אַ װוייסער, קורץ־געשאָרענער, קײלעכ־דיגער באָרד. אין אַלגעמיין האָט ער געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ פּראָפֿעסאָר אָדער אַ מוזיקער.

אַ געבאָרענער איז ער געװוען פֿון פּעטריקאָװו, פּױילען. די אימיגראַנטען האָבען זיך איהם פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ קינד פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע; עס איז געװוען פֿאַרשפּרייט אַן איינדרוק, אַז ער איז געבאָרען געװואָרען אין אַ משפּחה, װועל־כע האָט אין יענע יאָהרען שױין גערעדט דײַטש אין שטוב, גע־קליידט זיך „דײַטש" און געשיקט די קינדער שטודירען. דאָס איז געװוען אַ טעות.

האַלפֿערין'ס פֿאָטער איז געװוען אַ פֿאַרצײַטיגער איד — אַ איד אַ למדן. ער איז אָבער געװוען פֿאַראינטערעסירט אין פֿילאָ־

מיכאַיל האַלפֿערין.
מיכאַיל האַלפֿערין.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 132–133)

133זאָפֿישע ביכער אױיך, און ער האָט געלעזען די דײַטשע פֿילאָסאָפֿען אין דער דײַטשער שפּראַך. אָבער ריידען האָט ער גערעדט גע־װועהנליכע אידיש און געקליידט איז ער געװוען אױיף דעם געװועהנ־ליכען אידישען שטייגער פֿון יענע צייטען.

מיכאַיל האַלפֿערין האָט זײַנע קינדער־יאָהרען פֿאַרבראַכט אין דער פּױילישער שטעדטעל טאָמאַשאָװו. שפּעטער, װוען ער איז אַלט געװוען נײַנצעהן יאָהר, האָט די פֿאַמיליע זיך אַריבערגעקלי־בען אין אונגאַרן, און ער איז דאַן געװוען געקליידט װוי אידישע סוחרים פֿון פּױילען אין יענע צייטען: ער האָט געטראָגען אַ לאַנגע קאַפּאָטע און פּאות.

דער יונגער האַלפֿערין איז שנעל באַקאַנט געװואָרען מיט דער אונגאַרישער שפּראַך און מיט דער אונגאַרישער ליטעראַטור. ער האָט געעפֿענט אַ בוך־קראָם און דורך איהר איז ער געקומען אין באַריהרונג מיט אונגאַרישע פּריצים. ער איז זיי געפֿעלען געװואָרען און זיי פֿלעגען איהם אײַנלאַדען אין זייער קלוב. אין זײַן ביאָגראַפֿיע װוערט בײַ דיזען פּונקט באַמערקט אַז זיי פֿלעגען איהם אײַנלאַדען ניט קוקענדיג אױיף זײַנע אַלט־מאָדישע אידישע קליידער. דאָס הייסט, אַלזאָ, אַז אַפֿילו דאַן האָט מיכאַיל האַל־פֿערין נאָך אױיך געטראָגען אַ לאַנגע קאַפּאָטע און פּאות. שפּע־טער אָבער האָט ער זיך גענומען קליידען אײראָפּעאיש.

אין 1848, װוען אין אונגאַרן האָט אױיסגעבראָכען די רע־װואָלוציע, האָט ער אין איהר אַנטייל גענומען. די רעװואָלוציאָ־נערע רעגירונג האָט איהם געמאַכט פֿאַר אַ אײַנעם פֿון איהרע סעק־רעטערע (ער האָט אַכטונג געגעבען אױיף איהר ביבליאָטעק און אױיף דער פּרעסע־אָפּטיילונג פֿון איהר טעטיגקייט). נאָכהער, װוען די רעװואָלוציע איז דורכגעפֿאַלען, איז ער אַנטלאָפֿען קיין פּאַריז; דערנאָך האָט ער אַ געװויסע צייט געװואױינט אין ענגלאַנד. שפּע־טער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגאַרן.

אין 1858 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקא. ער איז דאַן שױין געװוען גוט באַלעזען אין דער פֿראַנצױיזישער ליטעראַטור און אױיך אין דער ענגלישער. דיזע צװויי שפּראַכען און אױיך דײַטש, פּױיליש און אונגאַריש האָט ער דאַן שױין געקענט גרינדליך. ער האָט געהאַט אַן אונגעװועהנליכען זכרון, און אַזױ װוי ער האָט 134פֿיל געלעזען און געלערענט, און אַלץ גוט געדענקט, האָט ער געצױיגען אױיפֿמערקזאַמקייט אַלס אונגעװועהנליך געבילדעטער מאַן. אין ניו יאָרק האָבען זיך אַזעלכע מענשען װוי ער דאַן ניט געװואַלגערט.

ער האָט אַראָפֿגעבראַכט זײַן פֿאָטער קיין אַמעריקא און די לאַנד איז געאַרען זײַן נײַע היים.

ער האָט זיך דאָ באַשעפֿטיגט מיט ליטעראַרישע און זשור־נאַליסטישע אַרבייט. צוערשט הױיפּטזעכליך אין דער „נעישאָן", די װואָכען־בלאַט פֿון דער „איװוונינג פּאָסט". דאָרטען פֿלעגט ער שרײַבען ליטעראַרישע קריטיקען און אַרטיקלען איבער אַנדערע פֿראַגען. שפּעטער האָבען איהם די רעדאַקטאָרען פֿון „אַפּעלטאָן'ס אַמעריקען ענסאַיקלאָפֿידיע" אײַנגעלאַדען צו װוערען בײַ זיי אַ מיטאַרבייטער. און אין אַ קורצער צייט האָט ער פֿאַרנומען איי־נעם פֿון די װויכטיגסטע פּלעצער אין דער רעדאַקציע. אױיף דעם פֿאָדער־בלאַט פֿון דער ענציקלאָפֿעדיע געפֿינט זיך זײַן נאָמען אונטער דעם טיטעל „הילפּס־רעדאַקטאָר". הױיפּטזעכליך האָט ער אין דער צוזאַמענשטעלונג פֿון דער ענציקלאָפֿעדיע געדינט מיט זײַן באַלעזענהייט און זכרון. ער איז אַליין געװוען אַ לעבעדיגע ענציקלאָפֿעדיע. ער פֿלעגט דורכקוקען אַלע אַרטיקלען. װוען עס איז געװוען עפּעס אַ טעות אין אַ ציפֿער אָדער אין אַ פֿאַקט, האָט דאָס ניט געקענט פֿאַרבייגעהן זײַן אױיג.

ער האָט געהאַט צװויי זיהן, װועלכע זײַנען אױיך געװוען הױיך־געלערענטע. אױיך האָבען זיי געהאַט מערקװוירדיגע פֿעהיגקייטען און מענשען־ליבענדע נאַטורען. װוען מיר זײַנען געקומען קיין אַמעריקא, האָט ער געװואױינט מיט זײַן איינגערען זוהן, לואי (דער עלטערער זוהן, אַנדזשעלאַ, איז געװוען פּראָפֿעסאָר פֿון פֿאַלעאָנטאָלאָגיע אין אַן אַמעריקאַנער אוניװוערסיטעט. ער האָט זיך ערװואָרבען אַ גרױיסען נאָמען אין דיזער װויסענשאַפֿט).

װוען אין אַמעריקא האָבען זיך גענומען באַװוייזען קרבנות פֿון די פּאָגראָמען, האָבען זיי אױיף האַלפֿערין'ען געמאַכט אַ טיפֿען איינדרוק. זײַן סימפּאַטיע צו זיי איז געװוען אַזאַ װואַרימע אַז — װוי ער פֿלעגט זיך אַליין אױיסדריקען — עס האָט זיך דורך איהר בײַ איהם אָנגעהױיבען אַ נײַער נײסטיגער לעבען. ער 135האָט זיך געפֿיהלט װוי אַ באַגייסטערטער גר פֿיהלט צו זײַן נײַער רעליגיע.

ער האָט פֿאַר די אימיגראַנטען געאַרבייט בוכשטעבליך טאָג און נאַכט, און פֿאַרספּענט אױיף זיי אַ גרױיסען טייל פֿון זײַן קלײַנעם פֿאַרמעגען.

אַ געװויסע צייט האָט ער בײַ דעם אימיגראַנטען־קאָמיטעט פֿאַרנומען די שטעלע פֿון מענעדזשער. ער איז אױיסגעשטאַנען גרױיסע צרות אי פֿון די אימיגראַנטען, אי פֿון די רײַכע יהודים. ער האָט אָבער אַלץ פֿאַרטראָגען מיט ליבשאַפֿט.

דער אידעע פֿון אידישער קאָלאָניזאַציע איז ער געװוען אי־בערגעבען; אין קאָמוניזם אָבער האָט ער ניט געגלױיבט. דאָך האָט דאָס איהם נישט געשטערט צו אַרבייטען פֿאַר דער קאָמונע „ניו אדעסא". אָבער זײַן הױיפּט־טעטיגקייט איז געװוען פֿאַר־בונדען מיט אַ שטרעבונג צו באַזעצען אידען אַלס אײַנצעלנע פֿאַר־מערס. עס איז דאַן געגרינדעט געװואָרען אַ ספּעציעלע געזעל־שאַפֿט דערצו — די „מאָנטעפֿיאָר עגריקאַלטשורעל איד סאָסייעטי", פֿון װועלכער ער איז געװוען דער סעקרעטער און דער הױיפּט טוער. דער טרעזשורער איז געװוען אַ געװועזענער ריכטער — דזשאָדזש אייזעקס, און דער קאָנטראָלער — דזשוליוס גאָלדמאַן.

עס זײַנען געגרינדעט געװואָרען אידישע קאָלאָניעס אין פֿאַר־שידענע פּלעצער: אין דאַקאָטא, אין קענזעס, אין ניו דזשוירזי. קיין ערפֿאָלג אַלס קאָלאָניעס האָבען זיי ניט געהאַט. אָבער פֿון אַ פֿאָר פֿון זיי זײַנען אַרױיסגעװואַקסען אײזישע שטעדטלעך, װוי קאַרמעל, ניו דזשוירזי, צום בײַשפּיל, װואו איינע פֿון די גאַסען טראָגט האַלפֿערין'ס נאָמען.

איך װויל דאָ ברענגען אַ פֿאָר בײַשפּילען װואָס װועלען דעם לעזער געבען אַ באַגריף װועגען דעם כאַראַקטער פֿון דיזען זעל־טענעם מענשען.

איינער פֿון זײַנע אידישע פֿאַרמערס קומט פֿון קאַרמעל קיין ניו יאָרק. ער קומט צו האַלפֿערין'ען און פֿאָדערט אַ קוה, װועלכע ער דאַרף נױיטיג האָבען צו זײַן פֿאַרם. האַלפֿערין ענט־פֿערט, אַז ער װועט טרײַען, ער װועט זעהן; אין דעם מאָמענט 136איז די נױיטיגע סומע שװוער צו קריגען. דער ישוב'ניק כאַפּט איהם אָן פֿאַר די קלאַפּעס, הױיבט איהם אָן צו טרייסלען און שרייט אױיפֿ'ן עכטען ישובניק'שען אופֿן: „אַ קוה זאָל מיר װוע־רען! איהר הערט? אַ קוה זאָל מיר װוערען!"

האַלפֿערין האָט זיך קױים אַרױיסגעריסען. שפּעטער האָט ער מיט אַ טרױיעריגער מינע די געשיכטע איבערגעגעבען מײַן פֿרײַנד קאַפּלאַן'ען. קאַפּלאַן האָט געמיינט, אַז ער איז פֿאַר־טרױיערט פֿון דער גראָבקייט מיט װועלכער מען באַצאָהלט איהם פֿאַר אַלץ, װואָס ער טוט פֿאַר די אידישע פֿאַרמערס. אָבער ניט דאָס האָט האַלפֿערין געמיינט.

— מען קען זיך שױין פֿאָרשטעלען, װוי ער נױיטיגט זיך אין דער קוה, אַז ער איז אַזױ אַרױים פֿון געדולד, — האָט ער גע־זאָגט צו קאַפּלאַן'ען.

איינער פֿון די מיליאָנערסקע יהודים, בײַ װועמען האַלפֿערין איז געגאַנגען בעטען געלט פֿאַר די אימיגראַנטען, האָט איהם אַמאָל גראָב באַהאַנדעלט, דערנאָך האָט ער איהם איבערגעבעטען. האָט האַלפֿערין שפּעטער אױיסגעדריקט באַדױיערען װועגען דעם.

— װוען ער װואָלט מיר ניט איבערגעבעטען מיט װוערטער, װואָלט ער אפֿשר געגעבען אַ גרעסערע מטבע, — האָט ער גע־זאָגט מיט נאַאיװוער ערנסטקייט.

מען דאַרף אָבער ניט מיינען, אַז אַזעלכע נאַאיװוע ריידד זײַנען געװוען אַ צייכען אױיף װוייניג שכל. האַלפֿערין איז געװוען אַ קלוגער מענש, מיט אַ פּראַקטישען פֿאַרשטאַנד און מיט אַ דעליקאַטען טאַקט. אָט, צום בײַשפּיל, געהט ער צו דעם מי־ליאָנער דזשייקאָב שיף, בײַ װועמען ער װויל אַרױיסקריגען אַ הױיב־שע סומע געלט פֿאַר אַ קאָלאַניע. ער גיט אַ קוק אױיפֿ'ן זייגער —

— עס איז שױין אַ האַלבע שטונדע צו דינער.

— ניין, — זאָגט ער, — איצט איז ניט די צייט צו בעטען געלט. בײַ אַ גביר דאַרף מען געהן בעטען אַ צעהן מינוט נאָך דינער, װוען ער איז שױין זאַט.

מיט די אימיגראַנטען פֿלעגט ער געברױיכען אַן אַנדער מין טאַקט: אום צו געבען שטיצע זײַנע באַקאַנטע אינטעליגענטען, װואָס האָבען זיך גענױיטיגט, פֿלעגט ער צוקלעהרען כלומרשטדיגע 137באַשעפֿטיגונגען פֿאַר זיי, כדי זיי זאָלען זיך ניט פֿיהלען, אַז זיי נעמען צדקה. אײנעם, למשל, האָט ער געגעבען אַ שטעלע אַלס סעקרעטער הגם קײן סעקרעטער אַרבייט האָט ער פֿאַר איהם ניט געהאַט. פֿאַר אַ צװוייטען האָט ער אױיסגעטראַכט עפּעס אַן אַנדער דזשאַב, בײַ װועלכען עס איז ניט געװוען װואָס צו טאָן; אַ גרופּע יוננע לײט האָט ער „געליהען" געלט אױיף אַ געװויסער צײַט, אַז זיי זאָלען זיך דערװוייל לערנען ענגליש, און ביסלעכװוייז זוכען עפּעס צו פֿאַרדינען. אײיניגע האָבען איהם אָפּגענאַרט. און ער האָט דאָס גוט פֿאַרשטאַנען. ער האָט זיך אָבער געמאַכט ניט פֿאַרשטעהענדיג.

זײן זוהן לואי, מיט װועלכען ער האָט געװואױינט, איז געיוען פּונקט װוי דער פֿאָטער. איהם האָט אָבער געפֿעהלט זײן פּראַקטישקייט. אײן מאָל איז צו זיי געקומען אַ אײד בעטען אַ פֿאָר דאָלאַר. דער פֿאָטער איז ניט געװוען אין דער הײם און דער זוהן האָט בײַ זיך געהאַט נאָר פֿינף דאָלאַר. האָט ער דאָס איהם אַװועקגעגעבען. דער אײד האָט מעהר װוי צװויי אָדער דרײַ דאָלאַר ניט ערװואָרט, אָבער אַז מען גיט פֿינף, קען מען דאָך אפֿשר באַקומען נאָך מעהר. מאַכט ער אַ קרומען פּנים: עס איז װוייניג. נעמט לואי האַלפֿערין און גיט איהם אַװועק צװויי שפּאַנגעל־נײע סוטס.

— מעהר קײן קעש האָב איך לײדער ניט, — האָט ער זיך פֿאַר'ן אײדען ענטשולדיגט מיט אַ רחמנות־פּנים, — געהט פֿאַר־זעצט דאָס. װועט אײַך זײן גענוג?

בײַ די האַלפֿערינס אין הױיז בין איך געװוען נאָר אײן מאָל. ער האָט געװואױינט אױיף ביקמען פּלייס, אַרום דער 50־טער סטריט, אַ שטילער װוינקעל, לעבען דעם איסט ריװוער, װועלכער איז דאַן געװוען אַ פֿיינער, באַלעבאַטישער געגענד. איך האָב מיט האַלפֿערין'ען פֿאַרבראַכט אַן אָװוענד. און געהענדיג אַהיים, בין איך געװוען פֿול מיט עהרפֿורכט צו איהם.

אין דעם קאָמיטעט האָב איך איהם געזעהן און פֿאַרבראַכט מיט איהם גאַנץ אָפֿט.

אײן מאָל האָב איך איהם געטראָפֿט אַרײַנציהען אין אַ דע־ 138באַטע װועגען סאָציאַליזם; ער האָט אָבער צו דעם קײן חשק ניט געהאַט. ער האָט אין דעם סאָציאַליזם ניט געגלױיבט. און דעבאַטירען װועגען אַזעלכע ענינים האָט איהם סתם ניט אינ־טערעסירט. ער איז ניט געװוען קײן דענקער. זײַנע זעלטענע פֿעהיגקײטען זײַנען געװוען געאײיגט צו װויסענשאַפֿטען, װועלכע האָבען געפֿאָדערט זכרון. ער האָט אָבער אױיך ליב געהאַט פֿאָעזיע. אין זײַן אידעאַליזם איז ער געװוען אַ פּראַקטישער מענש. זײַן אונענדליכע מענשען־ליבע און גוטסקייט איז געװוען פֿאַרבונדען מיט אַ שטרעבונג צו ברענגען נוצען אױיפ'ן שטעל און צו זוכען פֿאַר נוּיט־בעדירפֿטיגע אַ תכלית אין דעם גע־װועהנליכען זין פֿון דעם װואָרט. באַװועגונגען װועגען איבערבוּיען דעם גאַנצען פֿונדאַמענט פֿון דעם מענשליכען לעבען האָבען אױיף איהם קײן אײַנדרוק ניט געמאַכט. די קאָלאָניע־אידעע אָבער האָט צוגעזאָגט הילף אין דער נאָהענטער צוקונפֿט, איז ער פֿאַר איהר באַגייסטערט געװוען; דאָס איז בײַ איהם װוירקליך געװוען אַ אידעאַל. און אױיב ער האָט געהאָלפֿען די „ניו־אָדעסאַ" קאָ־מוניסטען, איז דאָס געװוען אײינפֿאַך פֿון גוטסקייט, און אױיך װוייל ער האָט אױיף זייער פֿאַרם געקוקט װוי סתם אױיף אַ קאָ־לאָניע.

5
בין איך דאַן געװוען אַן אַנאַרכיסט? — מיראָװויטש. — סאָ־ציאַל־רעװואָלוציאָנערען, אַנאַרכיסטען און דער קאַמף אין רוסלאַנד. — יוסטוס שװואַב.

איך בין געװוען טעטיג אין דעם פּראָפּאַגאַנדע פֿאַראיין. און־זערע מיטינגען זײַנען אימער אָפּגעהאַלטען געװואָרען אין דעם אַנאַרכיסטישען פֿאַרזאַמלונגס־פּלאַץ, אין 625 זעקסטע סטריט. דאָרטען בין איך באַקאַנט געװואָרען מיט דײַטשע אַנאַרכיסטען. מיר האָבען זיך געקליבען אַרױיסצוגעבען אַ אידישע צײַטונג, אַ יואָכענבלאַט פֿון װועלכער איך האָב געזאָלט זײַן דער רעדאַקטאָר. איך האָב אַדרעסירט נאָך עטליכע אידישע מיטינגען, אַלץ אין 625 זעקסטע סטריט. קײן אָרגאַניזאַציאָנס אַרבייט האָט דער 139פֿאַראיין אָבער ניט געטאָן און איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען װואָס פֿאַר אַ פּראַקטישע אַרבייט מיר דאַרפֿען טאָן.

מיראָװויטש איז געװוען אַן עהרליכער סאָציאַליסט, אָבער ניט קײן פּראַקטישער מענש, און בײַ איהם אין קאָפּ איז געװוען אַזאַ טומאַן װוי בײַ מיר. די אַנדערע מיטגלידער זײַנען געװוען דײַטשען, עטליכע רוסישע אידען און אַ פּאָר אונגאַרישע, און בײַ זיי אין די מוחות איז געװוען דער זעלבער טומעל װוי בײַ מיר און בײַ מי־ראָװויטש'ן.

אַז מען דאַרף אָרגאַניזירען די אידישע אַרבייטער, צו פֿאַר־בעסערען זייער מאַטעריעלע און גײסטיגע לאַגע — אַזאַ געדאַנק איז צוערשט קײנעם פֿון אונז ניט אײַנגעפֿאַלען. דאַכט זיך די געשיכטע מיט דעם סטרייק פֿון די דאַק־אַרבייטער האָט געװויזען װוי נוּיטיג דאָס איז, און מיראָװויטש אַלײן האָט דאָך נאָך פֿריהער פֿאַרדרופֿען אַ פֿערזאַמלונג פֿון אידישע אימיגראַנטען זיי צו ער־קלערען װוי שענדליך עס איז צו „סקעבען". פֿאַרװואָס־זשע איז ער ניט געגאַנגען װוייטער? פֿאַרװואָס האָט ער ניט אָרגאַניזירט די אידישע שנײַדער? דער אַנטװואָרט איז, אַז אַזאַ סאָרט טע־טיגקייט האָט זיך איהם פֿאָרגעשטעלט אַלס צו־װואָכעדיג, צו־װוייניג רעװואָלוציאָנעריש. און אַזױי האָב איך אױיך דאַן געפֿיהלט.

מיראָװויטש האָט אױיף דער אַמעריקאַנער באַװועגונג גע־קוקט דורך די רױיטע ברילען פֿון דעם רוסישען קאַמף. זײַן ערשט קינד, אַ אינגעלע, האָט ער אַ נאָמען געגעבען אַנדרעי זשעליאַבאָװו, נאָך דעם פֿיהרער פֿון דער גרופּע, װואָס האָט גע־טוט דעם רוסישען קיסר. אַנדרעי־זשעליאַבאָװו־מיראָװויטש, אַזױי האָט מען דעם קינד גערופֿען. דאָס קינד איז אײיגענטליך גע־װוען אַ לעבעדיגער אױיסדרוק פֿון די געפֿיהלען און מײנונגען, װואָס מיר אַלע האָבען דאַן געהאַט. הײַנט װואָס פֿאַר אַן אינטערעס האָבען מיר געקענט האָבען אין אַזעלכע אונשולדינע, געזעצליכע זאַכען װוי טרײד־יוניאָנס אין אַמעריקאַ? צו אַרבייטען פֿאַר יוניאָנס שמעקט ניט מיט געפֿאַהר; הײַנט װואָס פֿאַר אַ סאָציאַ־ליזם איז דאָס? — אַזױי איז געװוען אונזער געדאַנקען־גאַנג.

באַדאַנעם איז באַפֿריינדעט געװואָרען מיט אַ דײַטשען אַנאַר־ 140כיסט, מיט װועלכען ער פֿלעגט זיך יעדען אָװוענד זעהן אין דעם זעלבען סאַלון, װואו איך האָב געהאַלטען מײַן ערשטע לעקטשור; און דורך באַדאַנעם'ן בין איך אױיך מיט איהם באַקאַנט געװואָ־רען. דיזער אַנאַרכיסט איז געװוען אַ װואַרנישער, און ער איז גראָד געװוען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין זײַן יוניאָן. איך גע־דענק װואָס פֿאַר אַ זאָנדערבאַרען אײַנדרוק דאָס האָט אױיף מיר געמאַכט. אַ רעװואָלוציאָנער זאָל נאָר רײדען װועגען אַזעלכע „װואָכעדיגע", אַזעלכע „לעבליכע" זאַכען!

אַז בײַ מיראָװויטש'ן איז דאַן געװוען אַ טומעל אין קאָפּ, האָב איך פֿאַרשטאַנען. ער איז בכלל געװוען אַ זאָנדערבאַרער מענש. צום בײַשפּיל: ער האָט געצװואוּנגען זײַן פֿרױי צו לערנען געאָגראַפֿיע. זי איז ניט געװוען גענוג געבילדעט. האָט ער געװואָלט, אַז זי זאָל אין שטוב דורכמאַכען דעם קורס פֿון אַ רוסישער גימנאַזיע פֿאַר מײדלעך; אַלזאָ, האָט זי געמוזט לערנען די רוסישע לעהר־ביכלעך. אין שטוב איז געװוען אַ שרעקליכער דלות; דאָך האָט זי געמוזט אומגעהן הין און צוריק מיט סמירנאָוו'ס געאָגראַפֿיע און לערנען אױיף אױיסװוייניג די נעמען פֿון אינזלען, טײַכען, שטעדט. אָפֿט פֿלעגט דער קלײנער אַנדרעי זשעליאַבאָװו שרײַען; עס איז ניט געװוען װואָס איהם צו געבען צו עסען. אָבער דער פֿאָטער איז אימער געװוען פֿאַרטאָן אין דער באַװועגונג. אַן עהרליכער, באַ־גײסטערטער מענש; אָבער װואָס מען דאַרף טאָן פֿאַר זײַן פֿאַ־מיליע, און װואָס מען דאַרף טאָן פֿאַר דער באַװועגונג, האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען.

איך זאָג, אַז איך האָב פֿאַרשטאַנען װוי װוייניג טאָלק עס איז פֿאַראַנען אין מיראָװויטש'עס אַנאַרכיזם. האָב איך אָבער גע־װואוסט װוי װוייניג טאָלק עס איז פֿאַרהאַן אין מײַן אײיגענעם מוח? — טײלװוייז האָב איך דאָס געפֿיהלט. בײַ זיך אין האַר־צען האָב איך געדורשט נאָך אימיצען, װואָס זאָל מיר אַלץ קלאָר מאַכען, אָבער די ערשטע פֿיר־פֿינף יאָהר איז עס בײַם דורשטען געבליבען (דאָס אַלץ האָב איך אַמאָל אױיסגעדריקט אין אַ בריף, װועלכען איך האָב אַרום יענער צײַט געשריבען צו דאָקטאָר ספּיװואָק'ען, װועלכער האָט דאַן געװואױינט אין פֿילאַדעלפֿיא, און

ח. ספּיװואָקאָווסקי (דר. ספּיװואָק) אין 1885.
ח. ספּיװואָקאָווסקי (דר. ספּיװואָק) אין 1885.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 140–141)

141װועלכען ער האָט מיט אַ פֿערטעל יאָהרהונדערט שפּעטער אָפּגע־דרוקט אין דעם אױיבענדערמאָנטען „יוביליעאום שריפֿט").

די דײַטשע אַנאַרכיסטען, אונטער װועמענס אײַנפֿלוס איך האָב זיך דאַן געפֿונען, זײַנען אײיגענטליך ניט געװוען קײן אַנאר־כיסטען, נאָר סאָציאַל־דעמאָקראַטען, מאַרקסיסטען. זיי זײַנען אָבער ניט געװוען צופֿרידען מיט דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער טאַקטיק און מיט דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער שפּראַך. זיי האָבען געפֿאָדערט אַ „רעװואָלוציאָנערע" פּראָגראַם, מיט רעװואָ־לוציאָנערערע װוערטער.

צוערשט האָבען זיי זיך מיט דעם נאָמען „אַנאַרכיסטען" גאָרניט גערופֿען. זייער אָפֿיציעלער טיטעל איז געװוען „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען", אַלס געגענזאַץ צו דעם נאָמען „סאָציאַל־דעמאָקראַטען". זיי האָבען פֿאַרלאָזען די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי (װועלכע איז געװוען אַ רײן סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אָרגאַניזאַציע) און האָבען געגרינדעט „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערע קלובען". זיי האָבען די פּאַרטיי אַטאַקירט מיט די שאַרפֿסטע װוערטער, איהר און איהר אָרגאַן, די „פֿאָלקס־צײַטונג", מיט איהרע פֿיהרער, יאָנאַס, שעװויץ, אדאָלף דואַי און אַנדערע. זיי האָבען פֿון זיי חוזק געמאַכט װוי פֿון „לעמעשקעס", װועלכע װוילען דעם קלאַסען־קאַמף פֿיהרען אױיף אַ „צירליך־מאַנירליכען" שטייגער.

דיזעלבע טענות מיט דיזעלבע געשרייען, װועלכע מען הערט הײַנט פֿון די באָלשעװויקעס־קאָמוניסטען געגען די סאָציאַליסטען — פּונקט דיזעלבע געשיכטע.

אַנאַרכיסטען זײַנען די „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען" געװואָרען ביסלעכװוייז, און טאַקע דורך דעם קאַמף װואָס זיי האָבען געפֿיהרט געגען די סאָציאַל־דעמאָקראַטען.

צוערשט זײַנען אַנאַרכיסטען אין אַמעריקאַ געװוען נאָר געצהאלטע מענשען (מײַסטענס אױיך דײַטשען). אַזױי װוי אָבער זיי האָבען אױיך געברױיכט פֿראָזען װועגען „רעװואָלוציאָנערע טהאַטען", איז די סימפּאַטיע צװוישען זיי און די סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען געװואַקסען. װואָס שאַרפֿער עס איז געװואָרען 142די פֿיינדשאַפֿט צװוישען די סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען און די סאָציאַל־דעמאָקראַטען, אַלץ נעהענטער זײַנען די סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען צוגעקומען צו די אַנאַרכיסטען. זיי זײַנען צוזאַמענגעמישט געװואָרען אין זייערע „קלובס", ניט נאָר אַלס מיטגלידער, נאָר אױיך מיט זייערע געדאַנקען. דער מאַרקסיזם פֿון די סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען איז געװואָרען צונױיפֿגעפֿלאָנטערט מיט אַנאַרכיסטישע פּרינציפּען, װועלכע זײַנען דער היפּוך פֿון דער מאַרקסיסטישער לעהרע. עס איז אַרױיסגעקומען אַ אײינפֿאַכער אונזין.

די גרינדער פֿון דער אַנאַרכיסטישער טעאָריע און טאַקטיק זײַנען געװוען דער פֿראַנצױיז פּרודהאָן און דער רוס באַקונין, און בײַדע האָט קאַרל מאַרקס גיפֿטיג אַטאַקירט און אױיסגעלאַכט. צו פֿרופֿען פֿאַראײיניגען דעם מאַרקסיזם מיט דעם באַקוניזם איז אַזױי װוי צו פֿרופֿען פֿאַראײיניגען אַ „יאָ" מיט אַ „ניין".

אַ יאָהר נאָך מײַן אימיגרירען קײן אַמעריקאַ איז אַהער געקומען דער באַריהמטער יאָהאַן מאָסט. ער איז געװואָרען דער פֿיהרער פֿון די היגע אַנאַרכיסטען; און ער האָט זיך אױיך געהאַלטען פֿאַר אַ מאַרקסיסט. פּרינץ פּעטער קראָפּאָטקין, װועלכער איז פֿילע יאָהרען געװוען דער פֿיהרער פֿון די אַנאַר־כיסטען אין אײַראָפּאַ, איז פֿון אַזאַ װוידערשפּרוך װוייניגסטענס פֿריי געװוען. ער איז געװוען אַ פֿאָלשטענדינער געגנער פֿון דעם מאַרקסיזם.

איך בין, אַלזאָ, געװוען אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון די דײַטשע „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען" און דעם פֿלאָנטער פֿון סאָציאַליזם מיט אַנאַרכיזם האָב איך בײַ זיי איבערגענומען. װוען איך װואָלט גענוי געלעזען די „פֿאָלקס־צײַטונג", װואָלט איך מעהר פֿאַרשטאַנען, און מײַן מוח װואָלט די מישענינע אױיסגע־מידען. אָבער צו דײַטש האָב איך געהאַט װוייניג געדולד. עס איז מיר שװוער געװוען זיך צוצוגעװואױינען צו די לאַנגע, לאַנגע דײַטשע זאַצען מיט זייער װוערטער־אָרדנונג, װועלכע קלינגט אונז „אידישע אידען" אַזױי װוילד. איך פֿלעג יאָ לעזען די „פֿאָלקס־צײַטונג", אָבער אױיבערפֿלעכליך. די פֿיערדיגע פֿראָזען פֿון די „רעװואָלוציאָנערען", װוידער, האָבען צו מײַן 143יוננע האַרץ מעהר אַפּעלירט װוי די רעדעם פֿון די געלאַסענע סאָציאַל־דעמאָקראַטען. שעװויטש'ען און יאָנאַס'ען און אַ פּאָר אַנדערע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע רעדנער (אײינער פֿון זיי איז געװוען אַ מאַן מיט'ן נאָמען װואָלטער, אַ ציגאַרען־מאַכער, אַ דערער, מיט אײן אױיג אַ צוגעמאַכטע; און אַ צװוייטער — אַ האַמבורגער שוסטער מיט'ן נאָמען פּראָסט, און אַ דריטער — אױיך אַ ציגאַרען־מאַכער, מיט'ן נאָמען בריסמאַן) האָב איך ליב געהאַט צו הערען; אָבער דער אַנאַרכיסטישער רעדנער, קײזער, איז די ערשטע צײַט געװוען מײַן ליבלינג.

אַ גרױיסע ראָלע האָבען דאַ געשפּילט די רעװואָלוציאָנערע געפֿיהלען, װואָס איך האָב מיטגעבראַכט פֿון רוסלאַנד. דער בראַװוער קאַמף פֿון אונזערע טעראָריסטען איז בײַ מיר געװוען אַ הײַליגטום. פֿאַרשטעלען זיך דעם סאָציאַליזם אָהן אַזאַ קאַמף, איז מיר דאַן געװוען שװוער.

די אַמעריקאַנער אומשטענדען זײַנען נאַטירליך געװוען גאַנץ אַנדערע װוי אין רוסלאַנד. די רוסישע טעראָריסטען גופֿא האָבען דאָס ערקלערט. אין זייערע אַרטיקלען און אין זייערע פּראָ־גראַמען פֿלעגען זיי דײַטליך זאָגען, אַז זיי נעברױיכען געװואַלט־מיטלען נאָר װוייל די רעגירונג ערלױיבט ניט די רעדע־פֿרײיהייט און די בירגערליכע רעכט, װואָס מען האָט אין אַ רעפּובליק, און זאָגאַר אין אַ לאַנד, װואָס האָט אַ קעניג מיט אַ פּאַרלאַמענט.

װוען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט גאַרפֿיעלד איז געטויט געװואָרען פֿון גיטאָ'ן האָט די צײַטונג פֿון די רוסישע טערא־ריסטען, „נאַראָדנאַיאַ װואָליאַ", דעם פֿאַקט געמעלדעט אין אַ טרויער־רעמעל, און דערבײַ האָט זי ערקלערט, אַז אין אַזאַ לאַנד, װואו דאָס פֿאָלק ערװועהלט זײַנע הערשער, איז אַ טאַט װוי גיטאָ'ס פּונקט אַזאַ פֿאַרברעכען װוי די געװואַלט־טאַטען, װואָס װוערען באַגאַנגען פֿון אַ דעספּאָט.

דאָס איז געװוען געדרוקט אין דעם זעקסטען נומער „נאַ־ראָדנאַיאַ װואָליאַ", װועלכען איך האָב באַקומען זײיענדיג אין װועליזש.

דעם אונטערשיד צװוישען רוסלאַנד און אַמעריקאַ האָב איך, 144אַלזאָ, גוט פֿאַרשטאַנען. און דאָך איז דער געדאַנק װועגען אַ סאָציאַליסטישער באַװועגונג בײַ מיר געװוען ענג פֿאַרבונדען מיט דעם געדאַנק װועגען געװואַלט־טאַטען. אַנדערש האָט דער סאָציאַליזם בײַ מיר קײן פּנים ניט געהאַט.

װוען איך בין געקומען קײן אַמעריקאַ, האָבען מײַסטע פֿון די היגע „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען", פּריװואַט װוייניגסטענס, זיך שױין גערופֿען אַנאַרכיסטען. אַלזאָ, האָב איך געמיינט, אַז איך בין אַן אַנאַרכיסט, אָדער אַ סאָציאַל־רעװואָלוציאָנער. בײַ מיר איז דאָס געװוען אַלץ אײינס.

דעם אמת זאָגענדיג, האָב איך די ערשטע מאָנאַטען אַפֿילו קלאָהר ניט פֿאַרשטאַנען אין װואָס עס באַשטעהט דער אונ־טערשיד צװוישען דער „פֿאָלקס־צײַטונג" פּאַרטיי און איהרע געגנער. שעװויטש'ס רעדעם זײַנען געװוען פּונקט אַזױי רעװואָ־לוציאָנער װוי קײזער'ס.

װוען איך פֿלעג הערען װוי קײזער אָדער נעלקע אַטאַקירט די „פֿאָלקס־צײַטונג", פֿלעגט דאָס מיר פֿאַרשאַפֿען יסורים. װוען בײַדע לאַגערען װואָלטען זיך פֿאַראײיניגט, װואָלט איך געװוען גליקליך.

דער סאַלון און פֿאַרזאַמלונגס־זאַל אין 625 איסט זעקסטע סטריט איז געװוען אײינע פֿון די הױיפּט קװואַרטירען פֿון די דײַטשע סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען, און איך פֿלעג אַהין אַרײַנ־קומען אַ פּאָר מאָל אַ װואָך. דאָרטען בין איך געװוען באַקאַנט אַלס אַ אידישער רעדנער. מען האָט זיך צו מיר דאָרטען פֿאַרהאַלטען מיט רעספּעקט. און דאָס האָט מסתמא אױיך געהאָט צו טאָן מיט מײַן „אַנאַרכיזם". עס האָט גע'חנפֿ'עט מײַן „אײיגען־ליבע" און פֿאַרשטאַרקט דעם אײַנפֿלוס, װואָס די „סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען" האָבען אױיף מיר געהאַט.

אַ צװוייטער מיטעל־פּונקט פֿון די אַנאַרכיסטען — דער װויכטיגסטער אײיגענטליך — איז געװוען אין נומער 50 ערשטע סטריט, לעבען דער ערשטער עװועניו. דאָרטען איז אױיך געװוען אַ ביר־סאַלון מיט אַ מיטינג רום. דער בעל הבית פֿון דיזען סאַלון איז געװוען אײינער פֿון די פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען, אַ הױיכער, זעלטען שעהנער דײַטש, אַ בלאָנדער, מיט אַ געזײיכט 145פֿון יעזוס קריסטוס. זײַן נאָמען איז געװוען יוסטוס שװואַב. ער איז געװוען אַ באַלעזענער מענש און ניט קײן שלעכטער רעדנער. שטעהענדיג הינטער זײַן „באַר", מיט די קלאָר־װוייסע אַרבעל פֿון זײַן אױיבער־העמד פֿאַרקאַשערט, מיט זײַנע װוייסע, שטאַרקע אָרעמס האַלב־נאַקעט, פֿלעגט ער דערלאַנגען גלעזער ביר אָדער בראַנפֿען, מאַכען „לחיים" מיט די קאָסטימער און דערבײַ רעדען װועגען אַנאַרכיזם און סאָציאַליזם. אין זײַן עהרליבקייט און איבערגעבענהייט האָט קײנער ניט געצװוייפֿעלט. ער איז געװוען אײינער פֿון די באַקאַנטע טיפּען אין ניו יאָרק. רײיזענדע פֿון אַנדערע שטעדט פֿלעגען באַזוכען דעם „אַנאַר־כיסטישען סאַלון", און באַקוקען זײַן באַריהמטען באַלעבאָס.

צו שװואַב'ען פֿלעג איך אױיך אַרײַנקומען, הגם ניט אַזױי אָפֿט װוי אין 625 זעקסטע סטריט.

אױיף דער ערשטער עװועניו, בײַ פֿינף מינוט גאַנג פֿון שװואַב'ס סאַלון, האָט זיך געפֿונען אַ פֿאַרזאַמלונגס־פּלאַץ פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטען. אַהין פֿלעג איך אַרײַנקומען זעלטען.

פֿון די גרױיסע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע מיטינגען, װואָס איך האָב בײַגעװואױינט אין מײַן ערשטען יאָהר אין אַמעריקא, זײַנען מיט העלע פֿאַרבען אױיפֿגעמאָלט אין מײַן זכרון צװויי: פֿערדינאַנד לאַסאַל'ס אַ יאָהר־צײַט און אַ מאַס־מיטינג מיט אַ באַל לכבוד דער פּאַריזער קאָמונע. בײַדע פֿײַערונגען זײַנען אָפּגעהאַלטען געװואָרען אין גערמאַניא אַסעמבלי רומס—אַ גרױיסער זאַל, װואָס האָט זיך געצױיגען פֿון דער באַװוערי ביז דער צװוייטער עװועניו (דורך האָוסטאָן סטריט), מיט אַרײַנגאַנגען און טרעפּ פֿון בײַדע זײַטען.

דער יאָהרצײַט איז געװוען אין אַ זונטאָג נאָכמיטאָג.

אַן אָרקעסטער שפּילט פֿרײיהײטס־נגונים; אַ גרױיסער כאָר פֿון קרעפֿטיגע דײַטשע שטימען זינגט „די פֿרײיהייט". דער זאַל איז געפּאַקט. עס דונערט מיט שטימען, מיט אינסטרומענטען־מוזיק, מיט אַפּלאָדיסמענטען. אין מיטען פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע שטעהט אַ גיפּסענע פֿיגור פֿון פֿערדינאַנד לאַסאַל, באַפּוצט מיט אַ רױיטער לענטע און מיט רױיטע בלומען.

146אַלעקסאַנדער יאָנאַס, אַ גלאַט־אַרומגעגאַלטער, שטעהט אױיף דער פּלאַטפֿאָרמע לעבען דעם גיפּסענעם ביוסט. יאָנאַס'עם זײַדע איז געװוען אַ אײד און אין זײַן פּנים איז געװוען אַ שפּור פֿון אַ דײַטש־אידישען אָנבליס. אין סך הכל אָבער האָט ער אױיסגעזעהען װוי אַ קריסט, װוי אַ דײַטשער פּראָפֿעסאָר, מיט אַ קײלעכדיגען פּנים, אַ שעהנעם, אַ ליבליכען. אַרױיפֿלייענדיג די רעכטע האַנט אױיף לאַסאַל'ס קאָפּ, רופֿט ער אױיס מיט זײַן פֿולער, אײַנדרוקספֿולער שטימע: „פֿערדינאַנד לאַסאַל!" דער ריזיגער זאַל הילכט מיט אַפּלאָדיסמענטען. דער זאַל איז פֿול מיט יום־טוב — אַ שפּעציעלער סאָרט יום טוב, װועלכען איך האָב פֿריהער נאָך קײנמאָל ניט בײַגעװואױינט.

פֿון דעם קאָמונע־פֿייער געדענק איך דעם באַל און די רױיטע לענטעס, װואָס טאַנצענדע פּאָרלעך האָבען געטראָגען. איך געדענק אױיך די טישלעך אין דעם נעקסטען זאַל, מיט די יום־טוב'דיגע אַרבייטער װואָס זײַנען אַרום זיי געזעסען, בײַ גלעזער ביר אָדער װוײַן. איך געדענק אַ גרופּע דײַטשען, מיט װועלכע איך זיץ און שמועס. זיי פֿרעגען מיר אױיס װועגען די רוסישע טעראָריסטען. איך ענטפֿער אױיף „דײַטשמעריש" און איך האָב יסורים דערפֿון, װואָס מען פֿאַרשטעהט מיך קױם. איך געדענק אױיך אַ גרױיסען עכט־שװואַרצען נעגער, װועלכער האָט גערעדט גוט דײַטש. ער האָט אױיך געטראָגען אַ רױיטע לענטע און ער האָט מיטגעזונגען די רעװואָלוציאָנערע לידער.

אױיף אײינער פֿון די פֿאַרזאַמלונגען, װואָס זײַנען אָפּגעהאַלטען געװואָרען אין 625 זעקסטע סטריט, האָט זיך אין די דעבאַטען באַטײיליגט אַ דײַטש מיט אַ גרױיסער לאַנגער ברױינער באָרד. ער האָט פֿאַרטיידיגט די „פֿאָלקס־צײַטונג". דערבײַ איז ער אַלע װויילע אונטערבראָכען געװואָרען מיט גיפֿטיגע באַמערקונגען, מיט געלעכטערס און מיט אַלערלײי פֿיינדליכע געשרייען. ער האָט אָפּגענטפֿערט צוריק. װוען דער מיטינג האָט זיך געענדינגט, האָב איך געזעהן װוי ער שטעהט בײַ דעם „באַר" און טרינקט ביר צוזאַמען מיט דעם, װואָס האָט איהם אונטערבראָכען מיט די שאַרפֿע אױיסגעשרייען. איך בין איבעראַשט געװואָרען. איך 147האָב געמיינט, אַז נאָך אַזעלכע דעבאַטען דאַרפֿען מענשען זיך זײַן שונאים.

דער מאַן מיט דער גרױיסער באָרד האָט געהאַלטען אַ סטאָר פֿון ביכער און סטיישאָנערי אױיף עװועניו „עי", אַרום זיבעטע סטריט. אַ פּאָר טעג נאָך יענעם מיטינג בין איך צו איהם אַרײַנגעקומען ספּעציעל זיך דורכצורײידען װועגען דעם ענין פֿון דער דיסקוסיע, אין װועלכער ער האָט זיך באַטײיליגט. איך האָב איהם געשטעלט פֿראַגען; מיר האָבען געשמועסט, דעבאַטירט. קלערער איז מיר אָבער דערפֿון ניט געװואָרען. ער האָט געהאָרט צו דער „פֿאָלקס־צײַטונג" ריכטונג, ער איז אָבער געװוען פֿרײינדליך צו די סאָציאַל־רעװואָלוציאָנערען אױיך. איך האָב בײַ זיך גע'פּסקנט, אַז דאָס איז צוליב ביזנעס. אָבער נעלקע האָט מיר פֿאַרזיכערט, אַז ער איז אַן עהרליכער מאַן.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 128] אַדלער'ס פֿאָטער איז געװוען דער ראַבינער פֿון טעמפּעל עמאַנועל, די שול פֿון די רײַכסטע דײַטשע יהודים אין ניו יאָרק (אױיף דער פֿינפֿטער עװועניו און 43טער סטריט). דער יונגער אַדלער האָט אױיך אױיסגעשטודירט אױיף ראַבינער. ער האָט אָבער געענדיגט צװויי װועלט־ליכע אוניװוערסיטעטען, אין אַמעריקא און אין דײַטשלאַנד, און אין דײַטשלאַנד האָט ער גענומען אַ ספּעציעלען קורם אין פֿילאָזאָפֿיע. נאָך זײַן פֿאָטער'ס טױיט האָט ער געזאָלט ירש'ענען זײַן שטעלע. אָבער אין זײַן פּראָבע־דרשה אין טעמפּעל עמאַנועל האָט ער קיין איינציגען מאָל ניט דערמאָנט גאָט, און ער האָט די שטעלע ניט באַקומען. דאַן האָט ער געגרינדעט די „מאָראַל געזעלשאַפֿט" פֿאַר מענשען װואָס גלױיבען ניט אין אַ גאָט־רעליגיאָן. זײַנע לעקטשורס האָבען צוגעצױיגען מענשען, װואָס האָבען ניט קיין אמונה, אָבער װואָס בענקען נאָך עפּעס אַזױינס, װואָס זאָל פֿאַרנעמען דעם פּלאַץ פֿון אַן אמונה. פֿילע פֿון די מיטגלידער פֿון דער „עטיקעל קאָלטשור" זײַנען געװוען רײַכע, מייסטענס אידען.