בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

זעקסטער קאַפּיטל

אין אַ בוידעם-צימער אױיף קלינטאָן סטריט

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 148–194 (גאַנצער זעקסטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 148 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. אין אָריגינאַל זײַנען אַרײַנגעבונדען פֿינף בילד-בלעטער (פּאָרטרעטען), איבערגעגעבען דאָ אױף זייער אָרט. רוסישע, ענגלישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
עטליכע פון מײַנע שילער.

148מײַן אײַנקונפט פון לעסאָנס איז פאַרגרעסערט געוואָרען. איך האָב צוגעקראָגען אַ נײַעם סאָרט שילער, אַזעלכע וואָס האָבען צײַט צו לערנען אין דער פריה, אָדער בײַטאָג. מײַנע פריהערדיגע תלמידים זײַנען אַלע געוועזען אַרבייטער, און מײַן באַשעפטיגונג אַלס לעהרער איז געוועזען באַשרענקט אױיף די אָוונד-שטונדען; איז דאָס ניט געוועזען גענוג. אָבער אַ „קאָסטאָמער-פּעדלער" קאָן געפינען אַ פרײַע שעה אין דער פריה, אָדער נאָכמיטאָג — אַ פּאָר מאָל אַ וואָך אױיך, ווייניגסטענס. האָט זיך בײַ מיר ענטוויקעלט אַ ספּעציעלע „טרײַד" צו לערנען קאָסטאָמער-פּעדלער ענגליש. אײַנער האָט רעקאָמענדירט אַ צווייטען.

איך בין דאַן געוועזען דער אײַנציגער פון אונזערע אימי-גראַנטען, וואָס האָט זיך באַשעפטיגט מיט לעהרעריי.

איינמאָל, ארײַנקומענדיג אין אַ קלאָדהינג-סטאָר אױיף לודלאָו סטריט, האָב איך דאָרטען געפונען אַ ווילנער יונגען מאַן. אין דערהיים האָבען מיר געהערט צו באַזונדערע וועלטען; באַקאַנט זײַנען מיר אָבער געוועזען.

— וואָס טוט איהר דאָ? — פרעגט ער.

— איך גיב לעסאָנס, — ענטפער איך.

— לעסאָנס?!

149און ווענדענדיג זיך צו זײַנעם אַ באַגלייטער, האָט ער באַ־מערקט האַלב מיט פאַרוואונדערונג און האַלב מיט שפּאָט:

— אין אַמעריקאַ איז אַלץ אַ ביזנעס!

פאַר יענע צײַטען איז די באַמערקונג כאַראַקטעריסטיש.

אַלס פּריוואַט-לעהרער האָב איך געהאַט אייניגע טשיקאַווע ערפאַהרונגען.

אײַנער פון מײַנע שילער פלעגט נעמען זײַנע לעסאָנס אין דער פריה, גלײַך ווי ער איז ארױיס פון בעט, און נאָך אײַדער ער האָט זיך אַרומגעוואַשען און זיך אָנגעטאָן. נאַקעטערהייט פלעגט ער זיך זעצען בײַם טישעל און אָנהוױבען צו לעזען; און לעזענדיג פלעגט ער אייניגע ענגלישע ווערטער אױיסציהען מיט אַ געשמאַקען גענעץ. אין זײַן טראַנק האָט ער אימער געהאַט אַ פלעשעל בראַנפען, און אין מיטען לערנען פלעגט ער מאַכען אַ שנאָפּס. אױיף אונזער ערשטען לעסאָן האָט ער מיך אױיך מכבד געוועזען. איך האָב געענטפערט אַז איך טרינק ניט. ער האָט זיך מיט מיר שטאַרק געדונגען, געפאָדערט אַיך זאָל טרינקען. איך האָב אָבער ניט נאָכגעגעבען. דאָך האָט ער מיר יעדעס מאָל ווידער מכבד געוועזען און זיך ווידער מיט מיר געאַמפּערט. ער האָט אָבער קיינמאָל בײַ מיר ניט אױיסגעפיהרט.

געהאַלטען האָט ער זיך זאָנדערבאַר — שטענדיג אָננע־בלאָזען, אַזױי ווי בײַז. איך האָב פון איהם קיינמאָל קיין שמייכעל ניט געזעהן. געלערענט האָט ער זיך גוט און געצאָהלט האָט ער צו דער סעקונדע. ער פלעגט באַצאָהלען פאַר די לעסאָנס יעדען פרײַטאָג, נאָך אײַדער איך האָב איהם זײַן לעסאָן געגעבען. דאָס איז געוועזען זײַן באַגריף פון זײַן אַ גוטער צאָהלער: נאָך אײַדער עס קומט! פרײַטאָג, ווען איך פלעג אָנקלאַפּען אין טיר, פלעגט ער אַראָפּשפּרינגען פון בעט, כמעט אַ נאַקעטער מיר עפענען די טיר, און גלײַך בײַם עפענען מיר דערלאַנגען דאָס געלט.

ווען ער פלעגט אױיסרײַדען אַ וואָרט ניט ריכטיג און איך פלעג איהם פאַרריכטען, פלעגט זײַן פּנים זיך פאַרקרימען. צוערשט 150בין איך געוואָרען אין כעס און גענומען זיך בײַזערען אױיף איהם. ער האָט צוריק ניט געשריען.

איך האָב מיט איהם אָפּגעלערנט עטליכע מאָנאַט.

איינמאָל, ווען איך בין געקומען, האָט מען מיר געזאָגט, אַז ער איז ניטאָ; ער איז קראַנק. עס האָט זיך ארױיסגעצײַגט, אַז מען האָט איהם אַוועקגעשיקט אין אַ משוגעים-הויז.

די געשיכטע מיט די בראַנפען עראַינערט מיך אָן אַנאַנדער ערפאַהרונג, וואָס איך האָב געהאַט אַלס לעהרער, אין וועלכער בראַנפען האָט געשפּילט אַ ראָלע. דיזער שילער איז ניט געוועזען קיין קאָסטאָם-פּעדלער, נאָר אַן עקספּרעסמאָן, אַ בעל-עגלה פון קאָוונע — אַ הויכער, געזונטער, שעהנער יונג. אידיש שרײַבען האָט ער קיינמאָל ניט געקענט. ענגליש האָט ער אָבער געוואָלט קענען. ער האָט אױיך געהאַט גוטע פעהיגקייטען. געוואוינט האָט ער בײַ אַ לאַנדסמאַן, אױיף עלדרידזש סטריט.

דעם ערשטען מאָל ווען ער האָט אַרײַנגענומען די פעדער אין האַנט, האָט ער איהר באַקוקט מיט אַ מאָדנעם שמייכעל און מיט אַ בעל-עגלה'שען געלעכטעריל — אַזױי ווי ער וואָלט געזאָגט: „אַזאַ בײַטש האָב איך נאָך קיינמאָל אין האַנט ניט געהאַלטען!" איך האָב איהם געוויזען ווי צו שרײַבען דעם בוכשטאַב „אַ" און ער האָט נאָכגעמאַכט. אַלע ווײַלע פלעגט ער זיך אָפּשטעלען, באַקוקען זײַן אַרבייט, שמייכלען און קוועטשען מיט די פּלייצעס. עס האָט זיך איהם פּשוט ניט געגלױיבט אַז ער קען מאַכען אַזאַ דזשאַב.

איינמאָל, ווען איך בין געקומען צו איהם, איז ער געוועזען טויט-שכּור. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט צום טיש, און איך האָב מיט איהם גענומען לעזען. ער איז אָבער באַלד אנטשלאָפען געוואָרען. מיט איהם צוזאַמען האָט זיך געלערנט אַ צווייטער שילער, און יענער האָט זיך בײַ מיר געבעטען איך זאָל פאָרטזעצען דעם לעסאָן מיט איהם אַליין. איך האָב געענטפערט, אַז צו האָבען אַ שכּור'ען בײַם טיש בין איך ניט געוואוינט. איך בין אַוועקגעגאַנגען. אױיף מאָרגען האָט דער עקספּרעסמאַן מיך אױיפגעזוכט און האָט זיך ענטשולדיגט פאַר מיר פילע מאָל.

— וואָס זאָל מען טאָן, אַז מען איז אַ פּראָסטער מענש! — 151האָט ער מיט מיר גע'טענה'ט, — איהר זײַט דאָך אַ רעדנער; איהר האַלט דאָך פאַר אונז, פאַר די פּראָסטע מענשען; איהר דאַרפט אױיף מיר ניט זײַן אין כעס. איך וועל דאָס מעהר ניט טאָן.

איך בין ווײַטער געגאַנגען איהם לערנען.

דער שילער וואָס האָט זיך געלערנט מיט איהם צוזאַמען — אַ יונגער מאַן פון אַ יאָהר אַ עטליכע און צוואַנציג — איז געוועזען אַ ברודער פון דער „מיסעס" פון דער וואוינונג. ער האָט ניט געטרונקען; ער האָט אָבער געהאַט אַזאַ גראָבע קאָפּ, אַז עס איז מיר אונמעגליך געוועזען אין איהר אַרײַנצוקלאַפּען אַ וואָרט. איינמאָל זאָגט ער צו מיר אין אַ וייכען, גוטמוטיגען, גאַנץ ערנסטען טאָן:

— אפשר זײַט איהר צו-גוט צו מיר, מיסטער טיטשער? אין דערהיים אַ רבי, אַז ער שלאָגט אָן, געהט דאָס בעסער. שלאָגט מיר! שעמט זיך ניט!

איך האָב זיך צולאַכט אױיפ'ן קול; אָבער זײַן שוועסטער האָט איהם צוגעהאָלפען.

— מיר מיינען דאָס אין אמת'ן, — האָט זי געזאָגט, — פּאַטשט איהם אָן, אױיב עס געהט ניט.

ענדליך זאָגט ער צו מיר: „פון מיר וועט שױין קיין לײַט ניט ווערען. ווייסט איהר וואָס, מיסטער טיטשער, לערנט מיר אױיס אונטערשרײַבען מײַן נאָמען, און ווײַטער דאַרף מען ניט. וויפיל וועט דאָס קאָסטען?"

איך האָב איהם געפּרואפט ערקלערען, אַז אום אונטערצו־שרײַבען דעם נאָמען, דאַרף מען איבערהױיפט קענען אַביסעל שרײַבען. ער האָט אָבער ניט פאַרשטאַנען.

— איך וויל דען ווערען אַ לאַיער? — האָט ער געזאָגט — נאָר מײַן נאָמען אונטערשרײַבען, דאָט'ס אַלל.

דאָס רוב פון די יונגע קאָסטאָם-פּעדלער האָבען זיך געפּוצט. זיי האָבען געטראָגען שעהנע, נעטע קליידער, גאָלדענע זייגערס און דימענטענע רינגען; און געהאַלטען האָבען זיי זיך ווי 152אַמעריקאַנער — אַזױי, ווייניגסטענס, האָבען זיי געמיינט. אײַנער פון דיזע פּראַנטען, אַ קלייניגקער, אַ לוסטיגער, איז געוועזען דער זוהן פון אַ זעהר אָרימען שניידער אין סואואַלקער גובערניע. אין דערהיים פלעגט ער געהן אין טראַנטעס, און דאָס איז געוועזען ניט מעהר ווי מיט אַ יאָהר דרײַי צוריק. איצט האָט ער געהאַט עטליכע פיינע סוטס, אַ מאַסע העל-קאָלירטע נעק-טאַיס, עטליכע העטס און אַ גרויסע דימענטענע שפּילקע צו זײַן נעק-טאַי. ער האָט דאָס אַלץ גענומען אין די סטאָרס, וואו מען האָט איהם געגעבען אױיף קרעדיט. אַלע ווײַלע פלעגט ער לויפען צום באַרבער טרימען די האָר. ער האָט פליסיג גערעדט אַ צרה'דיגען ענגליש, געזונגען די נײַעסטע אַמעריקאַנער לידעלעך; געזאָגט די נײַעסטע שמוציגע אַמעריקאַנער וויצען און די נײַעסטע שטיקלעך „סלענג". לעזען ענגליש האָט ער קוים געקענט, און אױיף זײַן לעסאָן פלעגט ער מיט מיר מעהר שמועסען און מאַכען שפּאַס ווי לערנען.

אַ צווייטער קאָסטאָם-פּעדלער איז געוועזען אָרים געקליידעט. ער איז געוועזען זעהר אַ קאַרגער. מען האָט געזאָגט, אַז ער איז אָנגעשלאָגען מיט געלד. דאָך האָט ער זיך מיט מיר געדונגען פאַר יעדען סענט, און ווען ער פלעגט שרײַבען, פלעגט זיך מיר דוכטען, אַז ער קאַרגט אױיף טינט. ער איז אָבער געוועזען אַ שטרענג-עהרליכער און אמת'דיגער מענש.

אַ דריטער איז געוועזען אַ שטיקעל למדן און העברעער, אױיך אַ פרעהליכער. ער האָט מיר גלײַך גענומען זאָגען „דו" און קלאַפּען אין פּלייצע. איך האָב איהם געסטאָפּט איינמאָל, צוויי-מאָל; ביז ענדליך האָב איך איהם גאַנץ שטרענג געזאָגט, אַז איך וויל דאָס ניט לײַדען. דאַן האָט ער אױיפגעהערט.

אַ פערטער קאָסטאָם-פּעדלער האָט בײַ מיר גענומען לעסאָנס ניט נאָר אין ענגליש, נאָר אױיך אין העכערע אַריפמעטיק, געאָגראַפיע, אַלגעברא און געאָמעטרי. מיר זײַנען געוואָרען 153באַפריינדעט. שפּעטער איז ער אָנגעקומען אין קאָלעדזש און איז געוואָרען אַן ערפאָלגרײַכער דאָקטאָר.

איין שילער מײַנער איז געוועזען אױיסגערעכענט אױיפ'ן סענט, אָבער אױיף קליידער פאַר זיך האָט ער ניט געזשאַלעוועט. ער איז געוועזען אַ שעהנער יונג און ער האָט זיך אָנגעטאָן מיט געשמאַק. פון אידישע „שוואַרצע פינטעלעך" האָט ער געוואוסט גאַנץ ווייניג. אױיף מײַן באַשעפטיגונג און מײַנע געדאַנקען האָט ער געקוקט מיט פאַראַכטונג; מיר פּערזענליך פלעגט ער אָפּגעבען כבוד, און טראָץ זײַן קאַרגקייט פלעגט ער מיר געבען מתנות.

אַנאַנדער שילער, אַ יונגערמאַן פון אַ יאָהר 25, איז געוועזען אַ פאַרקאַכטער תלמודיסט. ער פלעגט זיך בײַ מיר בעטען, איך זאָל איהם לאָזען מיט מיר לערנען אַ בלאַט גמרא, כאָטש איין מאָל אַ וואָך.

— אָט וועט איהר זעהן ווי געשמאַק דאָס איז! זיס ווי צוקער! — דערבײַ פלעגט ער אַ קוש טאָן די שפּיצען פון צוויי פינגער און מאַכען אַ מינע פון באַגײַסטערונג.

איהם האָב איך אױיך געגעבען לעסאָנס אין אַריפמעטיק; און אַז איך פלעג איהם ווײַזען אַ טיף-זיניגע „זאַדאַטשע" (פּראָבלעם), פלעגט ער שרײַען: „אַי, ווי טיף! נע—הרג'עט ז—אָל ד—אָס וו—ע—ר—ען!" אָבער פּלוצלונג פלעגט ער זיך געבען אַ כאַפּ און אױיסשיסען: „אָבער צו גמרא קומט דאָס ניט

אײַנער פון מײַנע שילער איז געוועזען אַ פאַרהייראַטער מאַן. ער איז געוועזען שוואַרץ ווי אַ טאָטער, און די בערדעל וואָס ער האָט געטראָגען, האָט אױיסגעזעהען ווי אַ הויפען סאַזשע. אַ נאָז האָט ער געהאַט אַ גרויסען, און אַ שטימע אַ הייזעריגע. זײַן פרוי איז געוועזען אַ שעהנע און אַ חנ'עודיגע. דאָך פלעגט ער איהר קיינמאָל ניט ווײַזען קיין פריינדליכע מינע, און זי פלעגט „ציטערען פאַר זײַן דוך".

2
אַן אָוונד-שול פאַר אידען. — עמאַניועל קורשעעדט. — די גראָס פאַמיליע.

154אין הערבסט פון 1883 האָב איך געקראָגען אַ שטעלע אַלס לעהרער אין אַן אָוונד שול פאַר אונזערע אימיגראַנטען. זיי צו לערנען ענגליש. די שול איז געגרינדעט געוואָרען פון דער אױיבענדערמאָנטער „יאָנג מענס היברו אַסאָסיאיישאָן".

דער הויפּט-צוועק פון דער געזעלשאַפט איז געוועזען צו אָרגאַניזירען לעקטשורס, ליטעראַרישע דעבאַטען און פאַרשידענע סאָרטען צײַט-פאַרטרײַב פאַר אידישע יונגע לײַט, וואָס זײַנען געבאָרען געוואָרען אין אַמעריקא (זי איז געוועזען אַ קאָפּיע פון דער „יאָנג מענס קריסטשען אַסאָסיאיישאָן", וועלכע האָט שױין דאַן געהאַט ברענטשעס איבער'ן גאַנצען לאַנד). איצט אָבער, אַז עס האָבען אָנגעהוױבען צו קומען מאַסען אידישע אימי-גראַנטען, האָט די אַסאָסיאיישאָן געגרינדעט אַ סקול אױיף צו לערנען זיי די שפּראַך פון זייער נײַער היים. פאַר דעם פּלאַץ האָבען זיי די ערשטע צײַט ניט געדאַרפט צאָהלען. אױיף וואוירטה סטריט, ניט ווײַט פון טשעטהעם סקווער, איז געשטאַנען אַ גרויסער ברוינער מויער פון אַ קריסטליכער געזעלשאַפט, וועלכע האָט זיך געזאָרגט פאַר עלענדע בײַם. דיזע געזעלשאַפט האָט ערלוױבט דער „יאָנג מענס היברו אַסאָסיאיישאָן" צו געברויכען זייערע קלאַס-צימערען אין אָוונד, האָט זי דאָרטען געעפענט עטליכע קלאַסען.

די לעהרער זײַנען מייסטענס געוועזען קריסטען — אַ פּאָר אַמעריקאַנער און איין דייטש. צוויי טיטשערס זײַנען אָבער געוועזען אידען: איך און דער פּרינסיפּאַל (אַן אַמעריקאַנער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען טאָוני גראָס). אַ קאָמיטע פון אידישע לײַערס — וואָרלי פּלאַטצעק, עמאַניועל קורשעעדט, סעמיועל גרינבוים און מאַרק אַש — אַלע אַמעריקאַנער געבוירענע — האָט מיך עקזאַמינירט און אָנגענומען אַלס לעהרער פאַר אָנפאַנגער.

מיט קורשעעדט'ן בין איך געוועזען פון פריהער באַקאַנט.

עמאַניועל קורשעעדט. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין מיטען פֿון די נײַנציגער יאָהרען.
עמאַניועל קורשעעדט. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין מיטען פֿון די נײַנציגער יאָהרען.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 154–155)

155ער פלעגט מיך אָפט אײַנלאַדען צו זיך אין אָפיס, אין נומער 4 וואָררען סטריט, לעבען סיטי האָל, און אַמאָל פלעגען מיר געהן שפּאַצירען צוזאַמען. ער האָט געהערט צו אַ משפּחה, וועלכע האָט געוואוינט אין אַמעריקא שױין אַ יאָהר הונדערט. ער איז געוועזען אַן אינטעליגענטער באַלעזענער מענש, אָבער ענגליש איז געוועזען די אײַנציגע שפּראַך וועלכע ער האָט געקענט. צו מײַן סאָציאַליזם און צו די אַלע גײַסטיגע אינטערעסען פון אונזערע אינטעליגענטע אימיגראַנטען האָט ער זיך פאַרהאַלטען מיט אַ פריינדליכער איראָניע. שמייכלענדיג מיט אַ קלוגען שמייכעל, פלעגט ער זיך צוהערען צו מײַנע רייד, פאַרריכטען מײַן אױיסשפּראַך, און פון צײַט צו צײַט אױיסשרײַען מיט האַסטיגע ווערטער: „משוגע, משוגע, משוגע!" און דערבײַ, אַלס אַן אַקאָמפּאַנימענט צו זײַנע ווערטער, פלעגט ער נערוועען רײַבען אַ האַנט אָן אַ האַנט. איך פלעג איהם נעמען באַווײַזען אַז מײַן סאָציאַליזם איז ניט „משוגע"; פון צוהיצטקייט פלעגט זיך בײַ מיר אָפט פאַרטשעפּען דער צונג, און איך בין קיינמאָל ניט געוועזען זיכער, אַז ער פאַרשטעהט קלאָר וואָס איך זאָג. אַזױי פלעגען מיר פיהרען אונזערע שמועסען און דעבאַטען.

ער איז געוועזען דער וויעס-פּרעזידענט (דערנאָך דער פּרעזי־דענט) פון דער „יאָנג מענס היברו אַסאָסיאיישאָן", און ער האָט דאָס מיך רעקאָמענדירט צו דעם קאָמיטעט אַלס לעהרער פון דעם אָנפאַנגס קלאַס. שפּעטער פלעגט ער קומען צו מיר אין קלאַס און צוהערען זיך ווי איך לערן מיט די שילער.

מאַרק אַש, וועלכער איז געוועזען פיעל אײַנגער ווי קורשעעדט, האָט אױיך גענומען אַן אינטערעס אין מיר. ער פלעגט מיט מיר לעזען און מיר געהאָלפען צוסומען צו אַ ריכטיגער אױיס־שפּראַך. ער האָט געצויגען מײַן אױיפמערקזאַמקייט צו געוויסע קלאַנגען אין דער ענגלישער שפּראַך, אין וועלכע אױיסלענדער האָבען מייסטענס אַ טעות. מײַן אויער און צונג האָבען אַזעלכע זאַכען איבערגענומען לײַכט.

איינמאָל האָט מען צוגעגרייט אַן „ענטערטיינמענט" פאַר דער איוויניננ-סקול. האָט מיסטער אַש פאָרגעשלאָגען, אַז איך זאָל פאַרלעזען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן'ס „פערוועל אַדרעס".

156ער האָט מיר פאַרזיכערט, אַז איך מעג ארױיסטרעטען פאַר אַן אַמעריקאַנער עולם. איך האָב איהם געפאָלגט, און מײַנע אַמעריקאַנער צוהערער האָבען מיר שטאַרק אַפּלאָדירט. איך האָב בײַ זיך געפרעגט: „אַפּלאָדירען זיי מיר נאָר פון אײַדעלקייט וועגען, אָדער טאַקע אין אמת'ען?" די פראַגע האָט מיך געמוטשעט עטליכע טעג.

שפּעטער האָט מען די גאַנצע סקול אונזערע געמופט אין 206 איסט בראָדוויי. דאַן האָט מען צוגענומען נאָך צוויי אימיגראַנטען אַלס לעהרער: ניקאָלאַי אלעיניקאָוו'ן און אפרים בראָוד'ן.

אַלס פּרינסיפּאַל איבער אונז אַלעמען איז אַלץ געוועזען דער אױיבענדערמאָנטער גראָס. מיט איהם פלעג איך אױיך אָפט פאַרברענגען.

איך האָב געפּרואפט איהם באַקערען צום סאָציאַליזם. עס איז אָבער געוועזען אומזיסט מײַן אַרבייט. איך פלעג איהם אַמאָל באַזוכען אין זײַן וואוינונג, און דאָרטען פלעגען זײַנע ברידער אױיך אַנטייל נעמען אין אונזער דעבאַטע. זייער הויפּט אַרגומענט איז באַשטאַנען אין פאָלגענדען: „אױיב מען וואָלט געקענט עפענען בײַ אַלעמען דעם מוח און איהם צוטיילען אַזױי, אַז אַלע זאָלען האָבען דיזעלבע מאָס מארך, וואָלט דער סאָציאַליזם געוועזען מעגליך. כל זמן אָבער עס וועלען זײַן קליגערע און נאַרישערע, פעהיגערע און טעמפּערע, וועלען אױיך זײַן רײַכערע און אָרימערע. איהר קענט דעם גאַנצען קאַפּיטאַל פון דער וועלט צוטיילען אױיף גלײַך, וועט אין אַ קורצער צײַט אַרום ווידער ווערען אונגלײַכהייט".

איך פלעג ענטפערען, אַז סאָציאַליסטען וועלען קיין זאַך ניט צוטיילען; זיי וועלען ענדערען די סיסטעם, דעם עקאָנאָמישען פונדאַמענט, אַזױי אַז קיין אָרימערע און רײַכערע זאָלען ניט קענען זײַן. אָבער זיי פלעגען ארױיסקומען מיט זייער געוועהנליכען אַרגומענט, אין אַנדערע פאָרמען, אָבער מיט דעמזעלבען עיקר.

די גראָס פאַמיליע (אַן אַלטע מוטער, צוויי ניט פאַרהייראַטע 157זיהן און אַ טאָכטער, אַ מיידעל) האָט געוואוינט לעבען אונזער סקוהל, אין אַ הויז וואָס איז געשטאַנען אױיף קאָרנער איסט בראָדוויי און דזשעפערסאָן סטריט, אױיפ'ן פּלאַץ פון דער איצטיגער קאַרנעגי לײַברערי. איך וווין אָן אױיף דעם פּלאַץ, ווײַל די פאַמיליע איז געוועזען אַ דייטש-אַמעריקאַנישע, אַ „יהודים'שע". אַז אַזאַ משפּחה זאָל וואוינען אױיף איסט בראָדוויי איז הײַנט אונמעגליך. דאַן האָבען זיך דאָרטען געפונען פילע פאַמיליען אַזעלכע. זייער צאָהל איז אָבער געוואָרען קלענער און קלענער.

די סקוהל האָט איצט בײַ מיר אַוועקגענומען די אָוונטען. מיט מײַנע קאָסטאָמער-פּעדלער האָב איך געלערנט בײַטאָג, אָדער אין דערפריה, ווי פריהער.

איך האָב פאַרדינט מעהר ווי עס איז מיר נויטיג געוועזען. איך האָב זיך געקענט נעמען אָן אַנשטענדיגען צימער און עסען אין דעם בעסטען רעסטאָראַן, וואָס איז דאַן געוועזען אױיף גרענד סטריט — גונסט'ס רעסטאָראַן, צווישען עסעקס און נאָרפאָלק סטריט. גונסט איז געוועזען אַ דייטש. קיין אידישע רעסטאָראַנען אָדער קאַפעס זײַנען דאַן נאָך ניט געוועזען. געוועזען עפּעס אַ פּאָר אָפענע באַרדינג הײַזער; אָבער מיט דעם נאָמען רעסטאָראַן וואָלט איך זיי ניט באַטיטעלט.

3
פּאַול קאַפּלאַן. — מײַן צימער. — מײַן אָרט לעבען.

איינמאָל, געהענדיג אױיפ'ן גאַס, האָב איך באַגעגענט פּאַול קאַפּלאַנ'ען. פּרעי און זײַן פאַמיליע זײַנען שױין אַוועק אין דער אָרגאַנאַנער קאָמונע, צוזאַמען מיט אַנדערע מיטגלידער, און קאַפּלאַן איז פאַרלױיפיג געבליבען אין ניו יאָרק אַלס פאַר־שטעהער פון דער קאָלאָניע אין די פאַרבינדונגען וואָס זי האָט געהאַט אין אַמעריקא און אייראָפּא. ער האָט מיר פאָרגעשלאָגען צו נעמען אַ צימער אין דערזעלבער הויז, וואו ער האָט געוואוינט. און אַזױי ווי ער איז געוועזען אַ סימפּאַטישער מענש און אַלע 158האָבען איהם ליב געהאַט, האָב איך זײַן פאָרשלאַג אָנגענומען נאָך אײַדער איך האָב געזעהן דעם צימער.

זײַן קוואַרטיר איז געוועזען אין 213 קלינטאָן סטריט, אַ פּריוואַט-הויז פון צוויי עטאַזשען, מיט אַן „עטיק" (די הויז איז שױין לאַנג אױיף דער וועלט ניטאָ. אױיף איהר פּלאַץ שטעהט אַ גרויסער טענעמענט). דער בעל-הבית איז געוועזען אַ דייטש פון די מיטעלע יאָהרען, אַ מוזיק-קריטיקער אין דער „שטאַאַט־צײַטונג". זײַן פרוי איז געוועזען אַן אַמעריקאַנער דייטשקע, אַביסעל אײַנגער פון איהם. און זייערע קינדער זײַנען אַלע געוועזען אַמעריקאַנער געבאָרענע. קאַפּלאַן האָט פאַרנומען אײַנעם פון צוויי עטיק-דרומס און איך האָב זיך אַרײַנגעקליבען אין דעם צווייטען. דער סופיט איז געגאַנגען אַראָפּ-באַרג, און ווען מען האָט געוואָלט צוקומען צום פענסטער, האָט מען זיך געמוזט אײַנבויגען. אָבער דאָס האָט מיך ווייניג געקימערט.

עס איז געבליבען גענוג פּלאַץ. צום ערשטען מאָל אױיף מײַן לעבען האָב איך איצט געהאַט אַזאַ גרויסען גראַמען צימער פאַר זיך אַליין. עס איז מיר געוואָרען גראַם אױיפ'ן הארצען. ווינטער האָט בײַ מיר געברענט אַן אײַזערנע אױיוועלע. עס איז געוועזען וואַרים. זומער ווידער איז געוועזען קיהל.

אין דיזען צימער פלעג איך אָפּזיצען פילע שטונדען לעזענדיג ענגלישע אָדער רוסישע ביכער, שטודירענדיג די ענגלישע ליטעראַטור. איך פלעג זיך אָנגרייטען עפּעס צו עסען, כדי איך זאָל ניט דאַרפען ארױיסגעהן און אונטערברעכען מײַן לעזען. אױיף דעם אױיוועלע פלעג איך זיך מאַכען טהיי, הגם אױיף אַזעלכע זאַכען בין איך געוועזען אַ פוילער. אַזױי פלעג איך זיצען און לעזען, פאַרטרינקען מיט טהיי און לעזען און לעזען; נעמען אַ ביס ברויט אָדער קעיק און, קײַענדיג, ווײַטער לעזען; אָדער אַז ניט, פלעג איך אַרומגעהן הין און צוריק, ווי ווײַט דער קרומער סילינג האָט ערלױיבט, אַרומגעהן מיט'ן בוך אין האַנט, לעזענדיג, אָדער טראַכטענדיג. דאָרטען האָב איך געלייענט סאָציאַליסטישע בראָשורען, הויפּטזעכליך דייטשע און ענגלישע, אָבער אױיך רוסישע, וועלכע איך האָב באַקומען פון זשענעווא, ווי עס וועט דערצײַלט ווערען ווײַטער.

מאַרק אַש.
מאַרק אַש.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 158–159)

159ניט איינמאָל בין איך אָפּגעזעסען אַ גאַנצע נאַכט לעזענדיג. אין דערפריה פלעג איך זיך אַרומוואַשען, זיך אָנטאָן און לויפען אין גונסט'ס רעסטאָראַן אױיף גרענד סטריט, וואו איך פלעג זיך באַשטעלען אַן אַמעריקאַנער ברעקפעסט. איך האָב געהאַט הנאה פון מײַן ברעקפעסט, פון מײַן דינער, פון מײַן סאָפּער, פון מײַנע אַמעריקאַנער נעקטאַיס; פון די ביכער און בראָשורען, וואָס איך האָב געלעזען; פון מײַן שכנות מיט קאַפּלאַנ'ען.

אַ זעהר ליבער שכן איז קאַפּלאַן געוועזען, אַ גוטער חבר און אַן אױיפריכטיגער פריינד, אַן אמת עהרליכער מענש, אַן ערנסטער, אַ קלוגער, אַ טאַקטפולער. ער איז געוועזען אַ היבשע ביסעל עלטער פאַר מיר. מיר זײַנען אָבער גיך צוגעוואוינט געוואָרען אײַנער צום אַנדערען און איך האָב קיין אונטערשיד אין די יאָהרען צווישען אונז ניט געפיהלט.

4
עדואַרד קינג.

אױיף דיזער קוואַרטיר האָט מיר מעהרערע מאָל באַזוכט עדואַרד קינג — אַ דריטער אינטערעסאַנטער מאַן, מיט וועלכען אונזער אינטעליגענץ איז דאַן באַפריינדעט געוואָרען. מיר זײַנען מיט איהם באַקאַנט געוואָרען דורך פּרעי'ען, זײַן „גלויבענס־גענאָסע"; וואָרים קינג איז אױיך געוועזען אַ „פּאָזיטיוויסט".

ער איז נאָך דאַן געוועזען אַ צימליך יונגער מאַן, הגם אַ סך עלטער פון אונז. ער איז געוועזען אַ קריסט, אַ סקאָטשמען (שאָטלענדער), נאָך נידעריגער געוואַקסען ווי פּרעי, אָבער דיקער, מיט אַ שעהנעם, קײַלעכדיגען פּנים, מיט אַ פּליך אױיפ'ן קאָפּ; אַ לעבעדיגער, אַ וויציגער, מיט אַ גלאַטען צונג, כמעט אימער אַ גוטמוטיגער. ער האָט זיך געקענט אַמאָל אַרײַנלאָזען אין לשון הרע, אַלץ אױיף זײַן וויציגען שטייגער, און אַמאָל פלעגט אין זײַן שפּאַט זיך פיהלען אַ גיפט; אָבער זײַן גוטמוטיגקייט איז דערפון ניט געשטערט געוואָרען.

איז ער נאָר באַקאַנט געוואָרען מיט אונז, האָט ער זיך צו אונז צוגעבונדען אױיפ'ן גאַנצען לעבען.

160ער איז געװוען אַן אַרבייטער, אַ טיף־פּאָונדער (שריפט־גיסער). ער איז אָבער געװוען באַלעזען—אין געשיכטע, געשיכטע פון פילאָזאָפיע און פאַרשידענע אַנדערע געגענשטאַנדען; זײַן הױפּט ענין איז דאַן געװוען „פּאָזיטיװויזם", די פילאָזאָפיע פון אױגוסט קאָנט. די שפּראַך איז בײַ איהם געגאַנגען פלינק און שאַרף, און אױף אַ נאַטירליכען שטיינער, אָהן פראָזען און אָהן חניפֿהדעלעך. אָפט האָט זי געפינקעלט מיט הומאָר.

ער איז געװוען טעטיג אין זײַן יוניאָן און איז געװוען אַ װויכטיגע פיגור אין דער „סענטראַל לײבאָר יוניאָן", די צענטראַלע קערפּערשאַפט פון די אָרגאַניזירטע אַרבייטער פון ניו יאָרק (איהרע מיטינגען פלעגען אָפּגעהאַלטען װוערען אױף דרײַצענטער סטריט, צװוישען דריטער און פערטער עװוועניו).

אײנמאָל איז דאָרטען אױפגעקומען די פראַגע װוועגען אַרײַנלאָזען אידען אין די יוניאָנס. אײניגע אײנפלוסרײַכע דעלעגאַטען זײַנען געװוען געגען זײ. זייער אַרגומענט איז געװוען, אַז די אידישע מאַסען קומען פון לענדער װואָ דער אַרבייטער האָט קלענערע באַדערפֿענישען און איז צוגעװואױנט צו קלענערע װוײדזשעס װוי דער אַמעריקאַנער אַרבייטער. אָבער קינג האָט ענערגיש געקעמפֿט געגען דיזער ריכטונג און ער האָט געזיגט.

אַ נאָבעלע שטעלונג האָט קינג אױך גענומען אין באַצוג צו יאָהאַן מאָסט'ן, װוען דער באַריהמטער אַנאַרכיסט איז אַהער געקומען. דאָס איז געװוען גלײך נאָכדעם װוי מאָסט איז אין אַ לאָנדאָנער פּריזאָן אָפּגעזעסען 18 מאָנאַטען פאַר אַן אַרטיקעל, אין װועלכען ער האָט ערקלערט, אַז אַלע קעניגע דאַרף מען טױטען, װוי די רוסישע רעװואָלוציאָנערען האָבען געטױט אַלעקסאַנדער דעם צװוייטען. עס איז געװוען אַ באַװועגונג, װואָס האָט געפאָדערט אַז מאָסט זאָל ניט אַרײַנגעלאָזען װוערען אין אַמעריקאַ, און קינג האָט זיך גלײך געשטעלט אַנטקעגן אַזעלכע פאָדערונגען. דאָס הײסט ניט, אַז ער האָט סימפּאַטיזירט מיט מאָסט'ס אַנאַרכיזם, אָדער מיט זײַן גװואַלד־טאַקטיס. פּונקט פאַרקערט: ער האָט מאָסט'ס טעאָריען שאַרף קריטיקירט. ער האָט זיך אײנפאַך געשטעלט אין דעם נאָמען פון פרײַהייט און 161פון דעם פּרינציפּ, אַז אין אַמעריקא דאַרף זײַן װוילקאָמען יעדער, װואָס װוערט אין אַנדערע לענדער פאַרפֿאָלגט פאַר זײַנע מײנונגען. און מיט פּראָטעסטירען האָט ער זיך ניט באַנוגענט. ער האָט אָנגענומען צו זײַן דער פאָרזיצענדער פון דער מאָסט־קאָמיטע.

מאָסט'ן האָט מען אַרײַנגעלאָזען. די ניו יאָרקער אַנאַרכיסטען האָבען איהם געגעבען אַ קבלת פּנים אין דעם גרױסען זאַל פון קופּער־יוניאָן, און עדואַרד קינג איז געװוען דער טשערמאַן (דאָס איז געװוען מיט עטליכע מאָנאַטען פאַר דעם װוי איך בין געװואָרען קאַפּלאַן'ס שכן). איך האָב די פאַרזאַמלונג בײַגעװואױנט. דער זאַל איז געװוען געפּאַקט. מיר איז אױסגעקומען צו שטעהן, און מיט מיר צוזאַמען איז געשטאַנען מיסעס פּרעי. װוען קינג האָט פאָרגעשטעלט מאָסט'ן, האָט זי צו מיר געזאָגט מיט כעס: „װוי שעמט ער זיך דאָס ניט?"

אַז אַ „פּאָזיטיװויסט" זאָל זײַן דער פאָרזיצענדער אױף אַ מיטינג, װואָ מען מאַכט אַ קבלת־פּנים פאַר אַן אַנאַרכיסט, װואָס פּרעדיגט טעראָר — דאָס האָט זי באַטראַכט אַלס פערראָט צו זײַנע פּרינציפּען.

קינג האָט בײַ אונז גענומען האַלטען לעקטשורס נאָך אײדער מיר האָבען פאַרשטאַנען װואָס ער רעדט. די סצענע פון זײַן ערשטער לעקטשור, װועלכע ער האָט געהאַלטען אױף עסעקס סטריט, קאָרנער ברום, איבער אַ בּיער־סאַלון, געדענק איך גאַנץ גוט. איך האָב איהם קױם פאַרשטאַנען; אָבער דעם עיקר האָב איך מעהר אָדער װוייניגער באַנומען. װוען ער האָט געענדיגט רעדען, בין איך צוגעגאַנגען איהם עפּעס זאָגען. מײַן הױפּט צװועק איז געװוען צו װוייזען, אַז איך בין ניט אײַנפאַרשטאַנען מיט איהם. „ניט אײַנפאַרשטעהן" הײסט אױף ענגליש „דיסאַגרי". דאָס איז אַ געװועהנליכער װואָרט. אָבער װוען אַן אױסלענדער דאַרף עפּעס זאָגען, טרעפט, אַז דעם װואָרט װואָס אַלע געברױכען פאַרגעסט ער און ער געדענקט גראַד אַן אונגעװועהנליכען. אַזױ איז דאַן געװוען מיט מיר. איך בין צוגעגאַנגען און געזאָגט: „אי דייװואָוירדזש". „דייװואָוירדזש" הײסט פאַנאַנדערגעהן זיך, אַזױ װוי די צװויי קלינגען פון אַ שער, װוען מען עפענט איהר אױף.

162ער האָט פאַרשטאַנען װואָס איך מײן און ער האָט מיט מיר גענומען דעבאַטירען. בין איך געשטאַנען און צוגעהערט; מעהר ניט־פאַרשטאַנען װוי יאָ פאַרשטאַנען. איך האָב אָבער געמאַכט אַזאַ מינע אַזױ װוי איך פאַרשטעה איהם פאָלשטענדיג.

יענעם אָװוענט, װוען איך בין אַװועק אַהיים, האָב איך זיך גענומען דעם לעבען פאַרװואָס איך האָב געזאָגט „דייװואָוירדזש" און ניט „דיסאַגרי". װוען איך װואָלט געװואוסט װואָ קינג װואױנט, און איך װואָלט זיך ניט געשעהמט, װואָלט איך גלײך געגאַנגען צו איהם, איהם אױפגעװועקט פון שלאָף און געגעבען אַ געשרײַ: „אי דיסאַגרי!"

קינג איז אין אונזער רוסישע אימיגראַנטען־װועלטעלע געװואָרען אַזױ װוי אַן אָנקעל. ער האָט פאַר אונז געהאַלטען סעריעס לעקטשורס איבער פילאָזאָפיע. אין שפּעטערע יאָהרען האָב איך גענומען חושד זײַן אַז ער איז מעהר באַקאַנט מיט דעם לעבען פון יעדען פילאָזאָף װוי מיט די טיפקייטען פון זײַן פילאָזאָפיע. דעם אַלגעמײַנעם עיקר האָט ער אָבער געװואוסט, און זײַנע לעקטשורס זײַנען פאַר אונז געװוען זעהר אינטערעסאַנט און ניצליך.

צו מיר, אין מײַן עטיק־רום, אין 213 קלינטאָן סטריט, פלעגט ער קומען צוזאַמען מיט זײַנע צװויי פרײַנד — פּאָזיטי־װויסטען: אײנער אַ שװואַרצער (ניט קיין נעגער, נאָר אַ הינדום), מיט אוניװוערסיטעטישע בילדונג, און דער צװוייטער — אַ פראַנצױז, אַ באַלעזענער שוסטער. דעם הינדום פלעג איך פאַרשטעהן אַ סך בעסער װוי קינג'ען.

איך פלעג אױך אײַנלאַדען עטליכע רוסישע חברים מײַנע; און אַזױ פלעגען מיר פאַרברײַנגען דעם אָװוענד אין מײַן בױדים־צימער, לעזענדיג און דיסקוטירענדיג איבער גלעזער טהיי, װועלכע מיר פלעגען אױפקאָכען אױף מײַן אױװועלע.

די קנאַפּע דרײַ יאָהר, װואָס איך האָב אָפּגעװואױנט אין דעם קלינטאָן־סטריטער עטיק, זײַנען צװוישען די בעסטע יאָהרען, װואָס איך האָב פאַרבראַכט אין אַמעריקא.

עדואַרד קינג.
עדואַרד קינג.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 162–163)
5
ניקאָלאַי אלעיניקאָוו. — יאַקאָב פּעיסאַכאָװויטש.

163די װויכטיגסטע פּערזאָן צװוישען אונזער אינטעלינענטע אי־מיגראַנטען איז דאַן געװוען ניקאָלאַי אלעיניקאָוו. איך האָב איהם שױן דערמאָנט, װוען מיר האָבען געהאַלטען בײַ בראָד, װואוהין ער איז געקומען מיט דעם „סיװוער עם־עולם", אַלס זײַן פאָרשטעהער. אין אַ געװוויסען זין האָבען די אַמעריקאַנער יהודים איהם באַטראַכט אַלס פאָרשטעהער פון אַלע אונזערע אימיגראַנטען. ער איז געװוען אין נאָהענטער באַריהרונג מיט מיכאיל האַלפּערין'ען און מיט דעם אימיגראַנטען־קאָמיטעט, און ער פלעגט זיך זעהן מיט פעליקס אדלער'ן און מיט אנדערע אײַנפלוסרײַכע אַמעריקאַנער יהודים.

קאַפּלאָן האָט זיך אָפט געזעהן מיט אָנגעזעהענע אַמערי־קאַנער אידען אין די אינטערעסען פון זײַן אָרעגאָנער קאָמונע. אלעיניקאָוו װוידער איז פאַררעכבענט געװוען אַלס דער פאָרשטעהער פון די אינטעלינענטע אימיגראַנטען, װואָס האָבען געװואױנט אין ניו יאָרק. אַן „עם־עולם" קאָלאָניע איז שױן דאַן געװוען באַטראַכט אַלס אַ גאַנץ אונפּראַקטישע זאַך. אום אלעיניקאָוו זאָל קענען מאַכען אַ לעבען, האָט מען איהם געמאַכט פאַר דעם סופּעראינטענדענט פון דעם ברענטש, װואָס די יאָנג מען'ס היברו אַססאָסיאיישאָן האָט געגרינדעט אױף דער איסט סײַד — אין 224 איסט בראָדװויי. דאָרטען איז געװוען זײַן װואוינונג, און זי איז דאַן געװוען דער מיטעלפּונקט פון דער רוסישער אינטעליגענץ.

װוען איך קלײַב איבער אין מײַן זכרון די פיגורען פון אונזער אינטעליגענטער רוסישער קאָלאָניע, װוי זי איז געװוען אין די ערשטע עטליכע יאָהרען, זעה איך יאַקאָב פּעיסאַכאָװויטש'ן. איך האָב שױן דערצײַלט װוועגען דעם נײַעם גײַסט, װואָס די פאָגראַמען האָבען אױפגעװועקט אין אײניגע פון די אינטעליגענטע רוסישע אידען; װוי אין זײ האָט ערװואַכט דער געפיהל, אַז זײ זײַנען אידען. אָבער זעלטמען װוער עס האָט דיזען געפיהל אַרױסגעװויזען 164אַזױ שאַרף װוי פּעיסאַכאָװויטש. אַנשטאָט יאַקאָב, פלעגט ער פאַר אַ נײַעם באַקאַנטען זיך פאָרשטעלען אַלס יאַנקעל, און זײַן פרױ האָט ער גערופֿען ניט אַנדערש װוי חיה. קײן „אידישיזם" האָט נאָך דאַן ניט עקזיסטירט, און ער פלעגט אימער רײדען רוסיש, װוי מיר אַלע. אָבער ברױכענדיג דיזע שפּראַך, פלעגט ער װוייזען, אַז ער פאַרגעסט ניט אױף אַ מינוט אַז ער איז ניט קײן רוס, נאָר אַ איד.

ער איז געװוען פון עליסאַװועטגראַד, װואו ער האָט געענדינט אַ רעאַל־שול. דאָרטען האָט ער בײַגעװואױנט דעם באַריהמטען פּאָגראָם, דעם ערשטען פון דער סעריע גװואַלט־טהאַטען, װועלכע האָבען געפיהרט צו דער גרױסער אידישער עמיגראַציע.

6
אונזער ערשטע נײַ־יאָהר־אונטערנעהמונג.

דעם ערשטען יאַנואַר, 1883, האָט די אינטעליגענטע רוסישע קאָלאָניע צום ערשטען מאָל געפײַערט נײַ־יאָהר אין אַמעריקא. אין װואָלהאָלא האָל, אױף אָרטשאַרד סטריט, איז געװוען אַ באַל — דער ערשטער רוסיש־אידישער באַל אין דער נײַער היים.

אַ טייל פון דער אינטעלינענץ האָט דעם יום־טוב אָבער געפײַערט באַזונדער, און דיזע פײַערונג איז פאָרגעקומען אין די צװויי צימערען, װואו איך און קאַפּלאַן האָבען געװואױנט, אױף 213 קלינטאָן סטריט. עס האָבען זיך צוזאַמענגעקליבען דרײַ־און־דרײַסיג פּערזאָן — דאַמען און הערען. אין מײַן צימער האָט מען געטרונקען און געגעסען און אין קאַפּלאָן'ס צימער האָט מען געטאַנצט, געזונגען, געשפּילט אין „פּאָנטען", געהאַלטען רעדעס װוועגען רוסלאַנד און איהר פרײַהייטס־קאַמף. בשעת מען האָט געטאַנצט, האָט מען געמוזט האַלטען אײַנגעבױיגען די קעפּ, צוליב דער קרומקייט פון דעם סופית. אָבער דאָס האָט נאָר צו־געגעבען פרעהליכקייט.

כּמעט אַלע אנװועזענדע האָבען געמאַכט אַ לעבען פון פּשוט'ער 165אַרבייט. אינטעלינענטע אימיגראַנטען, װואָס זאָלען האָבען אַנדערע באַשעפֿטיגונגען, זײַנען נאָך דאַן געװוען אַן אױסנאַם.

מיט דיזע צװויי רוסישע נײַ־יאָהר אונטערהאַלטונגען האָט זיך אָנגעפאַנגען אַ לאַנגע רייהע פון בעלער, װועלכע זײַנען געהאַלטען געװואָרען יעדען ערשטען יאַנואַר אין אַ גרױסען האָל. זײ האָבען געהאַט אַ רוסיש־רעװואָלוציאָנערען כאַראַקטער, און אין דעם לעבען פון דער רוסיש־רײדענדער אידישער קאָלאָניע זײַנען זײ געװואָרען אַן אינסטיטוטשאָן. פון אַרומיגע שטעדט און שטעדטלעך פלעגט מען זיך צוזאַמענפאָהרען באַגעגענען דעם נײַעם יאָהר אױף רוסיש. אױף דיזע בעלער פלעגען זיך טרעפען באַקאַנטע, װואָס האָבען זיך אַ גאַנץ יאָהר ניט געזעהן, און אַזעלכע באַקאַנטע װואָס האָבען זיך שױן פון יאָהרען ניט געזעהן.

איבער צװואַנציג נײַ־יאָהר בעלער אַזעלכע האָבען מיר גע־פּראָװועט — מיט רוסישע געזאַנגען, מיט סאָציאַליסטישע רעדעס, מיט לחיים'ס פאַר דעם רוסישען פרײַהייטס־קאַמף, מיט הורראַ געשרײַען פאַר די מאַרטירער פון שליסעלבורג און סיביר, בּיז די צאָהל רוסישע אינטעליגענטען איז געװואָרען אַזױ גרױס, און דאָס לעבען האָט זיך אַזױ געענדערט, אַז דער כאַראַקטער פון דיזע בעלער האָט זיך אױך געענדערט. אונזער אַלטע נײַ־יאָהר צוזאַמענקונפֿטען זײַנען געװואָרען אַ זאַך פון דער פאַרגאַנגענהייט.

אַ געװוויסע צײַט נאָך אונזער ערשטער נײַ־יאָהר „באַגעגעניש" איז קאַפּלאָן אָפּגעפאָהרען אין זײַן „ניו־אָדעססאַ" קאָלאָניע אין דעם סטייט אָרעגאָן. צוזאַמען מיט איהם האָבען אָפּגערײַזט נאָך אײניגע מיטגלידער פון זײַן אָרגאַניזאַציע. אַנדערע זײַנען אַװועק פריהער. מיט די שענסטע ערװואַרטונגען זײַנען זײ אַהין געפאָהרען: פיהרען אָן אידעאַלען לעבען פון עהרליכער ערד־אַרבייט, פון גלײַכהייט און ברודער־ליבע; װוייזען דער עגאָאיס־טישער, ניט־גליקליכער װועלט אַ מוסטער װוי אַזױ צו לעבען. װוי װוייט זייערע ערװואַרטונגען זײַנען פאַרװוירקליכט געװואָרען, װועלען מיר זעהן אין אַ װוייטערדיגען קאַפּיטעל.

7
פּאַפּאָװו. — אַן אוצר פון דער שװוייץ.

166אין ניו יאָרק האָט זיך דאַן געפונען אַ רוס, אַ קריסט פון אַ יאָהר עטליכע און דרײַסיג, מיט'ן נאָמען פּאַפּאָװו. אין דערהיים האָט ער זיך באַטייליגט אין דער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג און ער האָט געמוזט אנטלױיפען. אין אַמעריקא איז ער געקומען מיט אַ פּאָר יאָהר פריהער פאַר מיר. איך בין מיט איהם באַקאַנט געװואָרען בײַ פּרעי'ען, און ער האָט מיר אײַנ־געלאַדען צו זיך. ער האָט געװואוינט אין אַסטאַריא, לאַנג אײַלאַנד, װואו איך האָב איהם באַזוכט אײיניגע מאָל. די פאַמיליע איז באַשטאַנען פון איהם, זײַן פרױ און דרײַ קינדער. צװויי פון דיזע קינדער זײַנען געװוען פרעמדע, אדאָפּטירטע, און דאָס אײנסטע קינד אַן אײגענע. ער און זײַן פרױ פלעגען פאַר מיר רײדען װוועגען דער פאַרשידענהייט פון די געפיהלען װואָס זײ האָבען צו די פרעמדע צװויי קינדער און צו זייער אײ־גענעם. זײ פלעגען שמועסען װוועגען דעם גאַנץ אָפענהערציג, אױפ'ן רוסישען שטיינער. אײדער בײַ זײ איז געבאָרען געװואָרען דאָס קינד האָבען זײ געדענקט, אַז עס קען גאָרניט זײַן קײן גרעסערע ליבע אױף דער װועלט װוי זייער ליבע צו די צװויי אײַנגעלעך, װואָס זײ האָבען אַרײַנגענומען אין שטוב. עס האָט זיך אָבער באַװויזען זייער אײגען פלייש־און־בלוט, און דאַן ערשט האָבען זײ דערפיהלט, װואָס עס הייסט ליב האָבען אַ קינד

זײ זײַנען געװוען גאַסט־פרײַנדליכע מענשען, און מיר איז געװוען אנגענעם זײ צו באַזוכען, הגם אין פּאַפּאָװו'ס אינטערעס אין דער רוסישער רעװואָלוציאָנערער באַװועגונג האָב איך געצװוייפעלט. ער איז געװוען אַ פּלאַנטער פון אױפריכטינסקייט און פאַלשקייט, אַ מענש מיט ניט קײן שטאַרקען כאַראַקטער. אהיים האָט ער געבענקט אָהן אַ שיעור. ער פלעגט ניט אױפהערען צו רײדען װוועגען רוסלאַנד, און אין דיזען ענין האָט ער אין מיר געפונען אַ גוטען צוהערער, װואָרים איך האָב געבענקט ניט װוייניגער װוי ער.

איך זאָג, אַז אין זײַן רעװואָלוציאָנערער באַגײַסטערונג האָב איך געצװוייפעלט. ער איז אָבער געשטאַנען אין פאַרבינדונג מיט

ניקאָלאַי אלעיניקאָוו.
ניקאָלאַי אלעיניקאָוו.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 166–167)

167װויכטינע רוסישע רעװואָלוציאָנערען, װואָס האָבען זיך געפונען אין זשענעװוא, שװוייץ, און זײ האָבען איהם באַטראַכט אַלס זייער פאָרשטעהער אין אַמעריקא. זײ האָבען זיך מיט איהם קאָרעס־פּאָנדירט און איהם צוגעשיקט די ליטעראַטור, װואָס זײ האָבען דאָרטען געדרוקט.

יענעם זומער (1883) האָבען זײ איהם פון זשענעװוא צו־געשיקט צװואַנציג עקזעמפּליאַרען פון אַ ביכעל פון אונגעפעהר צװויי הונדערט זײיטען, מיט דעם נאָמען „קאַלענדאַר נאַראָדנאַי װואָלי". דער ביכעל האָט געהאַט אַ רױטע „העמדעל" און אַלס בײַלאַנע — צװויי פּיידזשעס מיט פּאָטאָגראַפיעס.

די פיהרער פון דער פּאַרטיי „נאַראָדנאַיא װואָליא", זייערע באַװועגונגען און מעשים, זײַנען געװוען אײַנגעװוויקעלט אין אַ טומאַן פון געהיימניס. און פאַר אונז, איהרע פרײַנער, איז דאָס געװוען דער גאָלדענער טומאַן פון אַ שכינה. בשעת מען האָט גע־האַנגען זשעליאַבאָװו'ן, פּעראָװוסקאַיאַ'ן, קיבאַלטשיטש'ן, מיכאי־לאָװו'ן און ריסאַקאָװו'ן, זײַנען פאַר דער װועלט אַרױסגעשװוואומען אײיניגע פאַקטען פון זייער אונטער־ערדישען לעבען. דאָס האָט אָבער נאָר טיפער געמאַכט די געהיימניס. דורך מײַנע „אונטער־ערדישע" באַקאַנטשאַפטען אין װוילנא און אין װויטעבסק, און דורך די רעװואָלוציאָנערע בלעטער װואָס איך האָב געלעזען, האָב איך געװואוסט אַ סך מעהר װוי דער אַלגעמײַנער עולם; אָבער װוועגען דער אינערליכסטער גרופּע פון די „נאַראָדאָ־װואָלצעס", װוועגען זייער הױפּט קאָמיטעט („איספּאָלניטעלני קאָמיטעט"), האָב איך אױך געװואוסט זעהר װוייניג. און איצט האָט דער „קאַלענדאַר" אַבּיסעל אױפגעהױיבען דעם פאָרהאַנג. איהם האָבען צוזאַמען־געשטעלט מיטגלידער פון דעם הױפּט קאָמיטעט, װועלכע זײַנען געבליבען פרײַ.

זײַן ערשטע און לעצטע טייל האָבען געהאַט די פאָרמע פון אַ לוח, מיט די נעמען און דאַטומס פון אַלע פּאַסירונגען אין דער געשיכטע פון דעם רוסישען קאַמף און פון די װואָס האָבען אין זײ אנטייל גענומען. װוייטער איז דאָס געװוען אַ רעװואָלוציאָנערער זאַמעל־בוך פון עראינערונגען און אַרטיקלען.

168פאַר דעם, װוועמען די רוסישע רעװואָלוציאָנערע באַװועגונג איז געװוען טײַער, איז דאָס געװוען אַן אמת'ער אוצר.

אין דעם ערשטען באַנד פון דיזע „בלעטער", איז דערמאָנט געװואָרען העסיא העלפֿמאַן, אַ אידישע מײדעל פון מאָזיר, מינסקער גובערניע, װועלכע האָט געשפּילט די ראָלע פון אַ באַלעבאָסטע אױף דער געהיימער קװואַרטיר, װואו מען האָט געמאַכט די באָמבעס אױף צו טױיטען דעם קיסר. װואָס פאַר אַ סאָרט מענש זי איז געװוען, װואָס מיט איהר איז פאָרגעקומען אין איהר לעבען אַלס רעװואָלוציאָנערקע — װוועגען דעם האָט מען פריהער קײן באַגריף ניט געהאַט. איצט האָב איך אין דעם „קאַלענדאַר" געפונען אַן אַרטיקעל מיט פיל אײינצעלהייטען װוועגען איהר.

איך האָב שױן אױך דערמאָנט װוי אין דעם װוינטער פון 1879 איז דעם צאַר'ס עס־צימער אױפגעריסען געװואָרען מיט דינאַמיט. שפּעטער האָט מען געהערט, אַז די עקספּלאָזיאָן האָט געמאַכט אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען כאַלטורין. װוי אַזױ ער האָט זיך אַרײַנגע'גנב'עט אין פּאַלאַץ, װוי אַזױ ער האָט דאָרטען געלעבט און אַרײַנגעבראַכט די דינאַמיט — דאָס איז געװוען אײינע פון די רעטעגנישען, מיט װועלכע די רוסישע טעראָריסטען האָבען אין יענע עטליכע יאָהר צוברענגט די נײַגעריגקייט פון דער ציװוילטיזירטער װועלט; און אין דעם רױיטען „קאַלענדאַר" װואָס איז איצט אָנגעקומען פון זשענעװוא, איז די געשיכטע דער־צעהלט געװואָרען מיט אַלע אײינצעלהייטען.

אַן אַנדער אַרטיקעל אין איהם האָט ענטהאַלטען אַ טױיזענט־און־אײן־נאַכט ערצעהלונג, װוי אַזױ אַ רעװואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען גראַטשעװוסקי איז אנטלאָפען פון סיבּיר.

אױף דער לעצטער זייט אונטער אַ טרױער־פּאַס, האָט זיך געפונען אַ קורצע ביאָגראַפיע פון קאַרל מאַרקס'ען, װועלכער איז געשטאָרבען אין דעם יאָהר, װוען דער קאַלענדאַר איז ערשינען.

די פּאָטאָגראַפישע בײַלאַגע האָט ענטהאַלטען אַרום 60 פּאָר־טרעטען פון באַריהמט־געװואָרענע רעװואָלוציאָנערע העלדען — מאַרטירער געשטאַלטען, װועלכע מיר פלעגען זיך רופען פאַר־שטעלען װוי אַ פרומער איד פרופֿט זיך פאָרשטעלען די פּנימ'ער פון נביאים אָדער תּנאים.

169פּאַפּאָװו האָט מיר געבעטען איך זאָל איהם העלפֿען דעם „קאַלענדאַר" פאַרשפּרייטען, און איך האָב בײַ איהם גענומען צעהן עקזעמפּליאַרען. אַן עלפֿטען האָב איך געקױיפֿט פאַר זיך; און בשעת דיזע צײַלען װוערען געשריבען, ליגט ער לעבען מיר אױף מײַן דעסק, און איך לעב װוידער דורך דעם מאָמענט, װוען איך האָב איהם צום ערשטען מאָל דערזעהן און דורכגעבלעטערט.

יענע נאַכט בין איך געזעסען אין מײַן בױדעם־צימער, אין 213 קלינטאָן סטריט, לעזענדיג דעם ביכעל בּיז עס איז געװואָרען העלער טאָג.

יעדער מענש האָט אין זײַן לעבען געװוויסע אנדענקענס, װועלכע זײַנען איהם ספּעציעל טײַער. דיזער ביכעל איז זײַן פאַרעלטערטען אָרימען בונד, װועלכען פאַר מיר האָט דערנאָך געמאַכט אַ אידישער אײַנבינדער אױף קריסטי סטריט, איז אײינער פון אַזעלכע אונשעצבאַרע דענקמאָלען פון מײַן יונגען לעבען.

8
אנדערע אוצרות. — מײַן צװוייטע ביבליאָטעק.

אַ געװוויסע צײַט נאָכדעם האָט פּאַפּאָװו ערהאַלטען פון זשענעװוא אַ זאַמעל־בוך מיט'ן נאָמען „נאַ ראָדיניע", אַ קלײנער זשורנאַלטשיק, װועלכער האָט געהאַט דעם זעלבען כאַראַקטער װוי דער „קאַלענדאַר", אָבער מיט נײַעם מאַטעריאַל. אײינגאַנצען זײַנען פון איהם ערשינען דרײַ נומערן, און יעדער נומער איז פאַר רוסישע סאָציאַליסטען געװוען פול מיט די טײַערסטע לעזע־שטאָף. אין „נאַ ראָדיניע" האָב איך צום ערשטען מאָל געלעזען לעבענס־באַשרײַבונגען פון סאָפֿיא פּעראָװוסקאַיאַ, זשעליאַבאָװו און קיבאַלטשיטש, אונזערע טײַערסטע העלדען פון יענער צײַט. פון „נאַ ראָדיניע" האָב איך זיך אױך דערװואואוסט נײַעס װוועגען דעם לעבען פון קעמפֿער, װואָס האָבען זיך דאַן געפונען אין די קאַטאָרגע־טורמעס פון סיבּיר, און פאַרשידענע אַנדערע פאַקטען אַזעלכע.

שפּעטער האָט מען גענומען אָנקומען דער רעװואָלוציאָנערער זשורנאַל „װויעסטניק נאַראָדנאַי װואָלי", פון װועלכען עס זײַנען 170אײינגאַנצען ערשינען פינף נומערען. דיזע „װויעסטניקס" זײַנען געװוען דיקערע ביכער װוי די „נאַ ראָדיניע". זײ האָבען ענטהאַלטען אַ סך לעזע־שטאָף פון דעמזעלבען כאַראַקטער װוי דער אײנהאַלט פון „נאַ ראָדיניע" און פון „קאַלענדאַר", און אױך טעאָרעטישע אַרטיקלען. דאָס אַלץ האָט אין אױסלאַנד אַרױיס־געגעבען די אָרגאַניזאַציע „נאַראָדנאַיא װואָליא".

אַנדערע רוסישע רעװואָלוציאָנערע גרופּען פון זשענעװוא, צוריך, פּאַריז און לאָנדאָן האָבען אױך גערדוקט ביכלעך, אָדער בּראָשורען. די פאַרשידענע גרופּען האָבען פּאָלעמיזירט צװוישען זיך. עס פלעגט זיך באַװוייזען אַ זשורנאַל; מיר פלעגען באַ־קומען אײינעם, צװויי אָדער דרײַ נומערען פון איהם, און דאַן פלעגט ער פאַרשװוינדען. דערנאָך פלעגט זיך אָרגאַניזירען אַן אַנדער גרופּע; עס פלעגט זיך באַװוייזען אַן אַנדער זשורנאַל־טשיק און ער פלעגט דעמזעלבען שיקזאָל האָבען װוי יענער. דיזע אַלע אױסגאַבען פלעגט מען צושיקען צו פּאַפּאָװו'ן; און יעדעם מאָל װוען ער האָט באַקומען עפּעס נײַעם, פלעגט ער מיר לאָזען װוויסען, און איך פלעג גלײַך צו איהם אַריבערפאָהרען.

אין יענע פאַר יאָהר זײַנען פאָרגעקומען נײַע פּראָצעסען, אַלץ איבער מיטגלידער פון דעם הױפּט־קאָמיטעט פון דער „נאַראָדנאַיא װואָליא", װועלכע זײַנען געפאַנגען געװואָרען. די געזעצליכע רוסישע צײַטונגען האָבען װוידער אָנגעהױיבען צו פאַרשװוייגען נײַעס פון דער רעװואָלוציאָנערער װועלט. װוועגען די דאָזיגע פּראָצעסען האָבען זײ באַריכטעט גאַנץ קורץ. די אײינצעלהייטען פלעגען אָבער זיך באַװוייזען אין דער אונטער־ערדישער פּרעסע אין רוסלאַנד גופֿא אָדער אין אױסלאַנד.

דיזע באַריכטען פלעגען בײַ אונז, אימיגראַנטען־רעװואָלו־ציאָנערען, אױפגענומען װוערען מיט האַסטיג־שלאָגענדע הערצער. רוסלאַנד'ס פרײַהייטס־קאַמף איז אַלץ געװוען אונזער העכסטער גײַסטיגער אינטערעס.

די גרעסטע נײַגעריגקייט אין באַצוג צו דעם טױיט פון צאַר איז געװוען פאַרבונדען מיט די קאַבאַזעװוס, די פּאָר־פֿאָלק, װואָס האָט געהאַלטען די קעז־קרעמעל אױף קלייַן־סאַדאָװוער גאַס.

171אין פּעטערסבורג. און איצט, זײַענדיג אין ניו יאָרק, האָב איך אין אַ זשענעװוער שריפט געלעזען אַז „קאַבאַזעװו'ן" האָט מען אַרעסטירט אין מאָסקװוע און אַז זײַן אמת'ער נאָמער איז באַגדאַנאָװויטש. באַגדאַנאָװויטש! איך האָב פון אֶיהם געהערט אין װוילױזש. אין יענעם געגענד, אין דעם טאַראָפּעצער אױעזד, פּסקאָװוער גובערניע, האָט ער מיט עטליכע יאָהר פריהער געעפענט אַ קוזניע און געפרופֿט פיהרען אַ פריידליכע פּראָ־פּאַגאַנדע צװוישען די פּױערים. צוזאַמען מיט באַגדאַנאָװויטש'ן, אױך כּלומרשט אַלס שמיד, האָט דאָרטען געאַרבייט סאָלאָװויאָװו, דער שול־לעהרער, װואָס האָט אין 1879 געשאָסען אױפ'ן צאַר און איז דערפאַר געהאַנגען געװואָרען.

דערנאָך האָבען מיר געלייענט אַ באַריכט װוועגען באַגדאַ־נאָװויטש'עס פּראָצעס; און אַבּיסעל שפּעטער — אַז זײַן כּלומרשט'דיגע פרױ פון דער קעז־קראָם איז אַרעסטירט געװואָרען אין קיעװו, און אַז איהר אמת'ער נאָמען איז אַקימאָװוא.

אין 1883 איז אױך ערשינען דער באַריהמטער בּוך „די אונטערערדישע רוסלאַנד", פון סטעפּניאַק, אין אַן ענגלישער איבערזעצונג.

אין 1878, אױף אַ קאָכעדיגער גאַס פון פּעטערסבורג, אין מיטען טאָג, האָט דיזער סטעפּניאַק דערשטאָכען גענעראַל מעזענצעװו'ן, דעם הױפּט גענעראַל פון די רוסישע זשאַנדאַרען. מיט דער געשיכטע האָט גע'סקלונגען די װועלט. סטעפּניאַק איז פאַרשװואואונדען. שפּעטער, זײַענדיג אין איטאַליען, האָט ער אױפגעשריבען זײַן בּוך, װועלכער איז ערשינען אױף איטאַליעניש. די װוערק איז געװוען פול מיט מערקװוירדיגע פאַקטען און שילדערונגען פון דעם געהיימניספֿולען רוסישען קאַמף, און עס האָט אַרױסגערופֿען אַזאַ טיפען אינטערעס, אַז עס איז באַלד איבערזעצט געװואָרען אױף עטליכע שפּראַכען. פאַר אונז, איז עס געװוען נאָך אַ רײַכערער אוצר װוי דער „קאַלענדאַר נאַראָדנאַי װואָלי".

װואָס האָט פאַר אונז געקאָנט זײַן אינטערעסאַנטער װוי דאָס פאָלגענדע, צום בײַשפּיעל: אַ רעװואָלוציאָנערקע, מיט'ן נאָמען 172רינאַ, באַשרייבט װי זי האָט זיך עטליכע מאָל געזעהן מיט סאָפֿיאַ פּעראָװוסקאַיאַ'ן, אין די עטליכע טעג צװוישען דעם ערשטען מערץ און דעם טאָג װען פּעראָװוסקאַיאַ איז אַרעסטירט געװאָרען. פּעראָװוסקאַיאַ איז בײַ אונז געװוען בוכשטעבליך אַ הייליגע. יעדער ברעקעל נאַכריכט װועגען איהר האָבען מיר געלעזען מיט אַ פֿיבערהאַפֿטען אינטערעס. איבערהױיפֿט װועגען איהר לעבען אין יענער װאָך, װען די גאַנצע פּאָליציי פֿון פּעטערסבורג און אַ מחנה שפּיאָנען האָבען איהר געזוכט מיט ליכט. רינאַ האָט זיך בײַ איהר געבעטען זי זאָל אױוועקפֿאָהרען כאָטש אױיף עטליכע װואָכען, אָבער פּעראָװוסקאַיאַ האָט זיך אָנטזאָגט.

„גראָד איצט איז װויכטיג צו זײַן אין פּעטערסבורג, — האָט זי ערקלערט, — מען מוז זיך זעהן מיט אַזױי פֿיעל מענשען". זשעליאַבאָװו, סאָפֿיאַ'ס געליבטער, איז שױן געװוען אַרעסטירט, און דורך אַ גענעראַל האָט רינאַ זיך דערװואוסט, אַז מען װועט איהם געװויס העננען. זי דערצײלט װי זי האָט דאָס איבערגעגעבען סאָפֿיאַ'ן, און װוי יענע האָט קאָנװואָלסיװו געצערט פֿון אַנגסט און פֿאַרצװוייפֿלונג.

פֿון סטעפֿניאַק'ס בוך האָב איך זיך דערװואוסט אַ מאַסע אײנצעלהייטען װועגען דעם װוי ניקאָלאַי מאַרזשאַװו איז אַרעסטירט געװואָרען בײַם גרענעץ, און װועגען דעם ניט־פֿאַרװוירקליכטען פּלאַן איהם צו באַפֿרייען; אױיך האָב איך דערטען געלעזען װועגען דער ראָלע װואָס דערבײַ האָט געשפּילט זײַן פֿרױ, אָלגאַ ליובאַטאָװויטש (די רעװואָלוציאָנערקע, װואָס האָט זיך דערנאָך באַהאַלטען אױיף דער פּאָהאָלאַנסקער קװואַרטיר, בײַ אונז אין װוילנאָ).

די אַלע „אוצרות", װואָס פֿלעגען אָנקומעֿן פֿון זשענעװוא, פּאַריז אָדער לאָנדאָן, פֿלעג איך לאָזען איינבינדען און איך האָב זיי עד־היום. פֿאַרשידענע ביכער זיינען אױיף מיינע פּאָליצעס געשטאַנען, און זייגען נאָכהער אַװועק, אום צו מאַכען פּלאַץ פֿאַר אַנדערע. דיזע בליבען אימער צװוישען די טיײַערסטע זאַכען, װואָס איך האָב װען עס איז געהאַט.

173איך האָב געקױיפֿט אַ פֿולען סעט פֿון דיקענס'עס װוערק. זיי זײַנען געדרוקט געװואָרען אױיף סטערעאָטיפּ־פּלאַטען, װועלכע מען האָט אַמאָל געמאַכט פֿאַר אַ טײַערער עדישאָן; אָבער דאָס איז געװוען מיט אַ לאַנגער צײַט צוריק. די פּלאַטען זײַנען שױן געװוען שטאַרק אָפּגעניצט, און די בוכשטאַבען זײַנען פֿון דרוק אַרױיסגעקומען אָפּגעבראָכען און אָפּגעריבען. די אָריגינעלע עדישאָן איז געװוען אילוסטרירט מיט אַ סך בילדער, ספּעציעל געמאַכט פֿון אַ באַריהמטען לאָנדאָנער קינסטלער. און די פּלאַטען פֿון דיזע אילוסטראַציעס זײַנען אױיך געװוען שטאַרק אָפּגעניצט.

דערפֿאַר האָט דער סעט געקאָסט ביליג! די פּאַפּיר איז געװוען ניי און אױיך דער בונד. אַלץ איז געװוען ניי, אױיסער דער עיקר — די פּלאַטען, מיט װועלכע דער סעט איז געװוען געדרוקט. אױיסגעזעהן האָבען זיי אָבער פֿין און װואַזשנע: צװועלף דיקע, ברוינע בענדער — אַלע װוערק פֿון טשאַרלס דיקענס! איך האָב זיי אױיסגעשטעלם אױיף מיין נײַער עטאַזשערקע, האָב מיינע אױיגען זיך ניט געקענט זאַט אָנקוקען אױיף זיי. דער דרוק איז געװוען אַזאַ שלעכטער, אַז עס איז געװוען שעדליך פֿאַר די אױיגען. דאָס האָט מיר אָבער ניט געקימערט. איך פֿלעג אָפּזיצען בוכשטעבליך גאַנצע נעכט לעזענדיג זיי.

איך האָב אױיך געקױיפֿט טעין'ס באַריהמטע „געשיכטע פֿון דער ענגלישער ליטעראַטור" אין צװוייי בענדער. זיי זײַנען שױן געװוען אױיסגעצײַכענט געדרוקט.

איינמאָל, געהענדיג איבער דער פֿערטער עװועניו, האָב איך אין דעם פֿענסטער פֿון אַ בוך־סטאָר דערזעהן אַ ענציקלאָפּעדיע פֿון 15 בענדער, מיט אַ צעטעל, אױיף װועלכען עס איז געװוען אָנגעצײַכענט 18 „דאָלאַר" — אַ זעהר ביליגער פּרײַז. איך בין אַרײַנגעגאַנגען און באַקוקט די ביכער. איך געדענק ניט דעם נאָמען פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, איך געדענק נאָר, אַז עס איז געװוען אַ פּאָפּולערע װוערק. דער דרוק איז געװוען אַ פֿרישער, נאָר די בוכשטאַבען זײַנען געװוען קלייניגקע, און די שורות נעדיכטע. אָבער דאָך אַ ענציקלאָפּעדיע! און אױיך ביליג: 18 דאָלאַר פֿאַר פֿופֿצעהן זעהר גרױיסע און דיקע ביכער! איך האָב די 174סומע בײַ זיך ניט געהאַט, האָב איך געגעבען אַ דעפּאָזים, און אַ פּאָר טעג שפּעטער האָב איך באַצאָהלם דאָס איבעריגע. אָפּשיקען מיר דעם פּאַק האָט דער סטאָרקיפּער זיך אָנטזאָגט, און אױיף אַ קאַר האָט מען מיר מיט דער מאַשׂא ניט אַרױיפֿגעלאָזען. האָב איך דאָס אַװועקגעטראָגען. עס איז געװוען גאַנץ שװוער. װוען איך האָב דערלעבט צו קומען אױיף מיין קװואַרטיר, האָט זיך פֿון מיר געגאָסען דער שװוייס, און מיינע הענט זײַנען געװוען צושניטען און צואװוייטאָגט פֿון די שטריק, מיט װועלכע מיין מציאה איז געװוען אַרומגעבונדען. אױיף מיין עטאַזשערקע האָבען די פֿופֿצעהן בענדער פֿאַרגענומען אַנדערהאַלבען פּאָליצעס.

איך האָב אױיך איינגעהאַנדעלט בײַ אַ פּאָר טוץ אַנדערע ענגלישע ביכער; און אַחוץ די דערמאָנטע רוסישע רעװואָלוציאָנערע שריפֿטען, װועלכע זײַנען אָקאַרשט ערשינען, האָב איך געקױיפֿט אַ חיבשע צאָהל רעװואָלוציאָנערע רוסישע װוערק, װואָס זײַנען געדרוקט געװוען אין זשענעװוא אין פֿריהערדיגע צײַטען, און אױיך געװויסע סאָציאַליסטישע בראָשורעם, װואָס זײַנען געדרוקט געװוען אױיף ענגליש, אין לאָנדאָן אָדער ניו־יאָרק.

מיין עטאַזשערקע איז באַלד געװואָרען צו קליין; איך האָב געקױיפֿט אַ צװוייטע, אָבער זי איז אױיך באַלד געװואָרען פֿול. מיין ניו יאָרקער ביבליאָטעק איז שױן געװוען אַ סך גרעסער װוי די װואָס איך האָב איבערגעלאָזען אין װוילנא.

9
אַ מתנה פֿון װוילנא. — הספּדים.

איין מאָל, אין 1884, האָב איך פֿון דער היים באַקומען אַ געדרוקטען שריפֿם. איך האָב געמיינט, אַז דאָס איז אַ בריף. װוען איך האָב אָבער אױיפֿגעעפֿענט דעם קאָנװוערט, האָט זיך אַרױיסגעצײַגם, אַז עס איז אַ פּראָקלאַמאַציע, און פֿון אױיבען און פֿון אונטען זײַנען געװוען צוגעשריבען די פֿאָלגענדע װוערטער:

„עס איז דער'הרג'עם געװואָרען סודעיקין, דער שפּיאָן איבער אַלע שפּיאָנען, דער באַנדים איבער אַלע באַנדיטען!"

קיין נאָמען איז ניט געװוען, אָבער אין די עטליכע שורות 175האָב איך גלײַך דערקענט די האַנדשריפֿט פֿון מיין װוילנער חבר הצלפֿערין.

דער געדרוקטער פֿלוג־שריפֿט גופֿא איז געװוען אַ שטימע פֿון דער פּעטראָ־פּאַװואָלאָװוסקער פֿעסטונג, װואו מען האָט געהאַלטען די װויכטיגסטע רעװואָלוציאָנערען, איידער מען האָט זיי איבערגעשיקט אין דער שליסעלבורגער פֿעסטונג. װוי אַזױי זיי האָט זיך איינגעגעגעבען צוצוקומען מיט אַ פּראָקלאַמאַציע צו דער פֿרייער װועלט, װואו זייערע חברים האָבען איהר אָפּגעדרוקט, איז געװוען איינע פֿון די געהיימניסען, מיט װועלכע די „נאַראָדאָ־װואָלצעס" פֿלעגען פֿון צײַט צו צײַט איבעראַשען די לאַנד. אין דעם פֿלוג־שריפֿט האָבען די פֿאַראָרטיילטע טעראָריסטען דערצעהלט װוי מען פּײַניגט זיי. עס איז געװוען אַ שטימע פֿול מיט שמערץ און העלדען־מום. דער שריפֿט האָט ענטהאַלטען אייניגע װויכטיגע איינצעלהייטען פֿון דעם שרעקליכען לעבען אין יענע שטיינערנע קעמערלעך. דער איבערשריפֿט אױיפֿן אַרטיקעל איז געװוען: „אָט מיאָרטװויך ק'זשיװויום" (פֿון טױיטע צו לעבעדיגע), און אונטער דיזע געדרוקטע װוערטער האָט האַלפֿערין אױיפֿגעשריבען: „פֿון רוסלאַנד צו אַמעריקאַ".

דערנאָך האָבען מיר געהערט, אַז אױיף אַלע רוסישע װואָקזאַלען האָט מען אױיסגעהאַנגען פּאָרטרעטען פֿון אַן אָפֿיצער מיטן נאָמען דעגאַיעװו, מיט אַן ערקלערונג אַז ער האָט דאָס דערשאָסען דעם גענעראַל־שפּיאָן סודעיקין. די רעגירונג האָט אַנאָנסירט אַ גרױיסע מתנה דעם װואָס װועט איהם כאַפֿען. עטליכע מאָנאַט שפּעטער האָב איך אין דעם „װועסטניק נאַראָדנאַי װואָלי" געפֿונען אַן אױיספֿיהר־ליכען אַרטיקעל װועגען דער גאַנצער געשיכטע — אַ מערקװוירדיגע „דעטעקטיװו סטאָרי" פֿון דער אונטער־ערדישער רוסישער װועלט.

דעגאַיעװו איז צוערשט געװוען אַ טרייער רעװואָלוציאָנער, דער נאָך האָט ער פֿאַרראַטען זײַנע חברים און געשפּילט אַ דאָפּעלטע ראָלע. ענדליך האָט ער דערפֿיהלט געװויסענביסע און אַלס אַ תשובה האָט ער געטױיט דעם הױיפּט־שפּיאָן. בשעת ער האָט גע־ שפּילט זײַן דאָפּעלטע ראָלע, איז די װויכטיגסטע פֿיגור אין דער געהיימער רעװואָלוציאָנערער אָרגאַניזאַציע געװוען װויערא פֿיגנער — אַ שעהנע, הױיך־געבילדעטע מיידעל פֿון אַן אינטערע־ 176סאַנטער פּריצישער פֿאַמיליע. זי איז דאַן געװוען דער איינציגער פֿריי־געבליבענער מיטגליד פֿון דעם באַריהמטען הױיפּט־קאָמיטעט פֿון דער נאַראָדנאַיאַ װואַליאַ. אַלע איבעריגע האָט די רעגירונג שױן געכאַפֿט (אַ חוץ צװוייי, װועלכע האָבען זיך באַזעצט אין אױיסלאַנד). מען האָט אייניגע פֿון זיי געהאַנגען, אייניגע „פֿאַרמױיערט" אין פֿעסטונגען, אָדער פֿאַרשיקט אױיף קאַטאָרגע. אַ יאָהר און אַ האַלב איז פֿיגנער געװוען דער גאַנצער קאָמיטעט. זי האָט אָרגאַניזירט טעראָריסטישע אַטאַקעם, געגרינדעט געהיימע דרוקערייען און געאַרבייט װוידער אױיפֿצובױיען די אָפּגעשװואַכטע אָרגאַניזאַציע. איהר גרעסטע געפֿאַהר איז געװוען סודעיקין, אַ זשאַנדאַרמסקער פֿאָלקאָװוניק, װועלכער איז געװוען אַ זעלטען פֿעהיגער דעטעקטיװו — אַ שעהנער, הױיכער יונג מיט ברייטע פּלייצעס — אַ ריעז. ער איז געװוען דער הױיפּטמאַן איבער אַלע פּאָליטישע דעטעקטיװוס און ער האָט אױיף דער געהיימער אָרגאַניזאַציע געמאַכט איין פּאָגראָם נאָך דעם אַנדערען.

דעגאַיעװו איז געװוען װויערא פֿיגנער'ס פּאָרטרוויטסטער מענש. ער איז אָבער באַלד אַרײַנגעפֿאַלען צו סודעיקין'ען אין די העננט — צוזאַמען מיט אַן אונטערערדישער דרוקעריי (אַ אדעם). דאַן האָט סודעיקין איהם באַזוכט אין דער אדעסער געפֿעננגניש און איהם אַזױי צושראָקען און פֿאָרדרעהט דעם קאָפּ, אַז ער האָט אָנ־געגומען זײַן פֿאָרשלאַג צו זײַן אַ רעװואָליאַנערער פֿיהרער און אַ שפּיאָן צו דער זעלבער צײַט (פּונקט װוי עס איז מיט יאָהרען שפּעטער געװוען אַזעװו). אױיף דיזען אָרט האָט ער אַרױיסגעגעבען פֿילע רעװואָליאַנערען — צװוישען זיי װויערא פֿיגנער'ן אַליין. זײַן געװויסען האָט איהם אָבער געפּלאָגט, ביז ענדליך איז ער אַװועקגעפֿאָהרען קיין פּאַריז, אין אַלץ זיך מודה געװוען פֿאַר דאָר־טיגע רוסישע רעװואָליאַנערען, און פֿאָרגעשלאָגען אױיסצוקױיפֿען זײַנע זינד מיט'ן טױיט פֿון דעם געפֿערליכען זשאַנדאַר.

איין מאָל אַ יאָהר, יעדען ערשטען מערץ (דעם 13טען לױיט דעם אַמעריקאַנער קאַלענדאַר), פֿלעגען מיר אין ניו יאָרק מאַכען הספּד נאָך סאָפֿיאַ פּעראָװוסקאַיאַ, זשעליאַבאָװו, קיבאַלטשיטש, 177העסיאַ העלפֿמאַן און די אַנדערע מאַרטירער פֿון דעם רוסישען קאַמף. איך פֿלעג זײַן איינער פֿון די רעדנער.

די מיטגלידער פֿון דעם רעװואָליאַנערען הױיפּט־קאָמיטעט, װועלכע מען האָט ניט געהאַנגען, האָט מען געהאַלטען אין איינזאַמקייט און מאַטערניש, צוערשט אין דער פּעטראָפּאַװו־לאָװוסקער פֿעסטונג אין פּעטערסבורג און דערנאָך אין דער שליסעלבורגער פֿעסטונג, אױיף אַן אינזעל ניט װוייט פֿון פּע־טערסבורג. אַרױיסצוקומען פֿון דאָרטען װוען־עס־איז איז קיין האָפֿענונג ניט געװוען. „לעבעדיג־באַגראָבענע" — אַזױי האָבען מיר זיי גערופֿען. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגען קומען, אַזױי װוי קלאַנגען פֿון יענער װועלט, נאָכריכטען װועגען זיי: דער איז פֿון זינען אַראָפּ; יענער האָט זיך אַליין באַגאַסען מיט קעראָסין און פֿאַרברענט; אַ דריטער האָט גענעבען אַ באַמטען פֿון דער פֿעסטונג אַ פּאַטש, כדי מען זאָל איהם דערפֿאַר העננגען, און מען האָט איהם טאַקע געהאַנגען. די דאָזיגע נאָכריכטען פֿלעגט מען באַקומען ערשט אַ לאַנגע צײַט, אַמאָל עטלאָכע יאָהר, נאָכדעם װוי די טראַגעדיע האָט פּאַסירט. קיין דייטליכע מעלדונגען האָט מען ניט געהאַט.

אױיף איין פֿאַראַמלונג אַזעלכער, אין אַ האָל אױיף איסט בראָדװויי, האָב איך געשילדערט װוי די מאַרטירער געהען אַרום אין זייערע שטיינערנע קעמערלעך — הין און צוריק, הין און צוריק, איינער אַליין, אָהן אַ מעגליכקייט אױיסצורייידען אַ װואָרט מיט װועמען עס איז. טאָג איין, טאָג אױיס אַזױי; יאָהר איין, יאָהר אױיס. אָהן אַ שיעור, אָהן אַ שטראַהל האָפֿנונג, אָהן שום באַגריף װואָס עס טוט זיך אױיף דער װוייסער װועלט.

10
מאָשקאָװויטש. — לעאָ האַרטמאַן.

אין 213 קלינטאָן סטריט האָט מיט מיר צוזאַמען אַ געװויסע צײַט געװואױינט אַן אָדעסער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען מאָשקאָװויטש. פֿריהער האָט ער געװואױינט אין פּאַריז און אין בעלגיען, װואו ער האָט שטודירט אױיף אינזשיניער. דערנאָך האָט ער אַ 178געװויסע צײַט פֿאַרבראַכט אין לאָנדאָן, און פֿון דאָרטען איז ער געקומען קיין ניו יאָרק.

איינמאָל, אין אַ פֿריהמאָרגען, װוען מיר זײַנען נאָך געלעגען אין אונזערע בעטען, האָט אימעצער אָנגעקלאַפֿט אין טיר. אױיף אונזער „קאָם אין" איז אַרײַנגעקומען אַ קריסט פֿון אַ יאָהר דרײַסיג, אָדער צװוייי און דרײַסיג, מיט אַ בלאָנדער בערדעל. װוי ערשטוינט בין איך געװוען, װוען מאָשקאָװויטש האָט איהם מיר פֿאָרגעשטעלט אַלס לעאָ האַרטמאַן — דער רוסישער רעװואָלו־ציאָנער, מיט װועמען עס האָט מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער געקלונגען די װועלט.

אין דעם ערשטען באַנד איז דערמאָנט געװואָרען װוי ענדע זוכ:ער 1879 איז לעבען מאָסקװוע אױיפֿגעריסען געװואָרען אַ קייזערליכער צוג. מען האָט ערװואַרט אַז דער צאַר װועט דאָרטען דורכפֿאָהרען אױיפֿ'ן װועג פֿון דרום קיין פּעטערסבורג; אָבער אױיף דעם דערמאָנטען צאַרסקען צוג איז דער צאַר אַליין גראָר ניט געפֿאָהרען (דאָרטען האָט זיך געפֿונען אַ גרױיסע צאָל פֿון זײַנע דינער און װועכטער, און פֿילע פֿון זיי זײַנען טאַקע געטױיטעט אָדער פֿאַרװואונדעט געװואָרען). דער צאַר—אַלעקסאַנדער דער צװוייטער—איז אונטערגעקומען אין אייניגע מינוטען אַרום, אױיף אַ צװוייטען צוג. און קיין צװוייטער אױיפֿרײַם איז שױן ניט געװוען. עס האָט זיך אַרױיסגעצײַגט, אַז אונטער די רעלסען איז געװוען צוגעגרייט אַ דינאַמיטענע מינע, צו װועלכער עס האָבען זיך געצױיגען עלעקטרישע דראָטען פֿון אַ הױיז, װואָס איז געשטאַנען ניט װוייט פֿון די רעלסען. אין דער הױיז האָט געװואױינט אַ פֿאַר־פֿאָלק מיטן נאָמען סוכאָרוקאָװו. זיי האָבען זיך דאָרטען באַזעצט מיט אַ קורצער צײַט פֿריהער. זיי האָבען געאַרעדט און געפֿיהרט זיך װוי גאַנץ פּראָסטע מענשען. נאָכדעם װוי עס זײַנען אױיפֿגעריסען געװואָרען די צאַרסקע װואַגאָנעם, זײַנען די סוכאָרוקאָװוס פֿאַרשװואונדען. שפּעטער האָט זיך די רעגירונג דערװואוסט, אַז סוכאָרוקאָװו'ס אמת'ער נאָמען איז לעאָ האַרטמאַן, און זײַן „פֿרױי'ס" — סאָפֿיאַ פּעראָװוסקאַיאַ (דיזעלבע פּעראָװוסקאַיאַ, װועלכע האָט מיט צװוייי יאָהר שפּעטער אָרגאַניזירט דעם איבערפֿאַל אױיפֿ'ן צאַר אין פּעטערסבורג.

לעאָ האַרטמאַן. — דאָס בילד געפֿינט זיך אין די רוסישע רעגירונגס-אַרכיװוען פֿון 1879 און אין יאַבעלסאָן'ס „עראינערונגען פֿון דער נאַראָדנאַיא װואָליא
לעאָ האַרטמאַן. — דאָס בילד געפֿינט זיך אין די רוסישע רעגירונגס-אַרכיװוען פֿון 1879 און אין יאַבעלסאָן'ס „עראינערונגען פֿון דער נאַראָדנאַיא װואָליא".
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 178–179)

179אין 1879, לעבען מאַסקװוע, אין דעם מאָמענט, װוען דער צאַרסקער צוג איז פֿאַרבייגעפֿאָהרען, האָט זי מיט אַ פֿאַטשיילקע געגעבען דעם סיגנאַל צו עקספּלאָדירען דעם דינאַמיט. און פּונקט אַזאַ סיגנאַל האָט זי געגעבען אין 1881, אין פּעטערסבורג, צו די, װואָס האָבען געװואָרט אױיפֿ'ן צאַר מיט באָמבעם).

האַרטמאַן איז אַריבער דעם גרענעץ און איז געקומען קיין פּאַריז. אַזױי װוי די רוסישע רעגירונג און די פֿראַנצױיזישע האָבען צװוישען זיך געהאַט אַן ענגען דיפּלאָמאַטישען פֿאַרבאַנד, האָט מען איהם דאָרטען אַרעסטירט. עס האָט געהאַלטען דערבייי, אַז די פֿראַנצױיזישע רעפּובליק, די לאַנד פֿון רעװואָליאַנען, זאָל דעם פֿרײַהייטס־קעמפֿער איבערגעבען דעם צאַר'ס פּאָליציי אין די העננט. ליבעראַלע מענשען פֿון פּאַריז האָבען זיך אָבער געשטעלט געגען דעם. און דעם לעזער װועט אפֿשר אױיסקומען זאָנדערבאַר צו הערען, אַז דער מאַן, װואָס האָט אָנגעפֿיהרט דעם קאַמף צו ראַטעװוען האַרטמאַן'ען, איז ניט קיין אַנדערער װוי קלעמאַנסאָ, דערזעלבער, װועלכער האָט פֿערציג יאָהר שפּעטער, בײַ דער פֿרידענס־קאָנפֿערענץ, נאָך דער גרױיסער װועלט־מלחמה, אַלס הױיפּט מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך, זיך אַרױיסגעװויזען פֿאַר אַ פֿינסטערען רעאַקציאָנער.

קלעמאַנסאָ האָט געזיגט. דער רוסישער רעגירונג האָט מען האַרטמאַן'ען ניט איבערגעגעבען; אָבער בלייבען אין פֿראַנקרײַך האָט מען איהם אױיך ניט ערלױיבט. מען האָט איהם געהייסען זיך אױיסקלייבען דעם גרענעץ, איבער װועלכען ער װויל אַריבער־פֿאָהרען. ער האָט ערקלערט, אַז ער װויל פֿאָהרען קיין ענגלאַנד, װועלכע איז געװוען די פֿרײַסטע פֿון אַלע אייראָפּאַאישע לענדער; און אַהין איז ער אַװועקגעפֿאָהרען. פֿון ענגלאַנד איז ער דערנאָך געקומען קיין אַמעריקאַ, װואו די צײַטונגען האָבען װועגען איהם געשריבען פֿילע קאָלומס. אין דעם „ניו יאָרק העראַלד" — אין אַ זונטאָגס־נומער — איז װועגען איהם געװוען אַ גאַנצע פֿיידזש (דעם אַרטיקעל האָט אױיפֿגעשריבען שעװויטש).

מאָשקאָװויטש איז מיט האַרטמאַן'ען באַקאַנט געװואָרען אין לאָנדאָן. איצט, זייענדיג אין ניו יאָרק, האָט דער באַריהמטער טעראָריסט געאַרבייט אַלס עלעקטריקער — אַ פּאָר, אין װועלכען 180ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט בשעת ער האָט געהאָלפֿען לייגען די מינע צו טױיטען דעם קיסר. דורך דעם האָט ער זיך שױן אױיך פֿאַראינטערעסירט אין פֿאַרשידענע ערפֿינדונגען.

ער פֿלעגט צו אונז אַרײַנקומען גאַנץ אָפֿט; און שפּעטער האָט ער אַ געװויסע צײַט געװואױינט בײַ מיר. ער פֿלעגט מיר דערצײַלען איינצעלהייטען װועגען דער צײַט, װוען ער און די אַנדערע „נאַראָדאָװואָלצעס" האָבען געגראַבען די מינע לעבען מאַסקװוע. ער האָט מיר אױיך דערצעהלט װועגען אַנדערע ערפֿאַרונגען, װואָס ער האָט געהאַט אַלס רעװואָליאַנער. פֿון סאָפֿיאַ פּעראָװוסקאַיאַ'ן האָט ער צום אָנדענקען באַקומען אַ שװואַרצע זײַדענע האַלז־פֿאַטשיילקע. װוען ער האָט דאָס מיר געװויזען, האָב איך דאָס אַרײַנגענומען אין האַנט און באַקוקט װוי אַ הייליגע זאַך.

האַרטמאַן איז געװוען אַ לוסטיגער מענש; ליב געהאַט איבערצוזאָגען אַ שפּאַס, װואָס ער האָט געהערט, און לאַכען דערפֿון װוידער און װוידער. געװויסע ענגלישע אױיסדרוקען, װוי אונװויסענדע אַמעריקאַנער מאַסען רײַדען זיי אױים, האָבען איתם געקלונגען קאָמיש. פֿלעגט ער מיט געלעכטער זיי איבערריידען נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל.

זײַן פֿאָטער האָט געהאַט דייטשע עלטערן, אָבער זײַן מוטער איז געװוען אַן עכט־רוסישע פֿרױי, און ער האָט זײַן כאַראַקטער מסתמא גע'ירשנ'ט פֿון איהר. זײַן באַבע פֿון דעם פֿאָטער'ס צד האָט גערעדט שלעכט רוסיש, פֿלעגט האַרטמאַן פֿאַר מיר איבערזאָגען איהרע גרייזען, װוי צום בײַשפּיל: אַנשטאָט „באַבושקאַ" (אַ באָבע), פֿלעגט זי זאָגען „באַבאַטשקאַ" (אַ זומער־פֿױיגעלע), און ער פֿלעגט דערבייי פֿרעהליך לאַכען.

ער האָט געלעבט אָהן אַ חשבון, װוי אַן עכטער רוס און איז געװוען לײַכטזיניג און גאַסטפֿרײַנדליך װוי אַן עכטער רוס. װוען ער האָט געהאַט געלד, האָט ער דאָס צובאַרגט, צושאַנקען און פֿאַרספּענט. װוען ער האָט געהאַט נאָר פֿינף דאָלאַר, פֿלעגט ער איינלאַדען אימיצען צו אַ גוטען דינער און דערנאָך געהן 181לייען אױיף קאַר־פֿעער. װוען ער האָט ניט געהאָט קיין אַרבייט און ניט געקענט באַצאָהלען זײַנע חובות, פֿלעגט ער זײַן פֿאַרצװוייי־פֿעלט. איינמאָל האָט ער צו מיר געזאָגט מיט אַן אומעדיגען טאָן: „מיין רעפּוטאַציע רייסט זיך װוי מיינע העמדער. איך בין אַ בעל־חוב און האָב ניט מיט װואָס צו באַצאָהלען."

געלעזען האָט ער װוייניג. ער האָט זיך אימער געפּאָרעט אַרום זײַנע צוקונפֿטיגע ערפֿינדונגען און געזוכט אַ פּאַרטנער מיט געלט.

ער האָט געמאַכט אַן עלעקטרישען סקאַרף־פּין — אַן ערפֿינדונג צו באַלייכטען אַ האַלז־טוך. איך האָב געפּרואופֿט אַרױיסגעהאַן דאָס פֿאַרקױיפֿען אין סטאָרס. װוען דער ערשטער סטאָר־קיפּער האָט דערזעהן, אַז מיין נעק־טאַי װוערט ליכטיג, האָט ער זיך פֿאַראינ־טערעסירט. װוען ער האָט זיך אָבער ערקונדיגט, אַז איך האַלט אין קעשענע אַ בעטערי — אַ היבשע פּלעשעל, פֿון װועלכע עס ציהט זיך אַ דראָט צו מיין נעק־טאַי, האָט ער זיך צולאַכט.

„צי דען מיינט איהר, אַז אַ קאָסטאָמער װועט זיך װועלען אַרום־טראָגען מיט אַזאַ ניוסענס?" — האָט ער געזאָגט.

האַרטמאַן האָט אַליין געפּרואופֿט פֿאַרקױיפֿען זײַן סחורה, ער האָט אָבער ניט געהאַט מעהר מזל װוי איך.

ער האָט אין זײַן ערפֿינדונג געמאַכט פֿאַרבעסערונגען. דער־נאָך האָט ער געפֿונען אַ אידען מיט אַ געלט, און זיי האָבען געעפֿענט אַ פֿעקטאָרי פֿון עלעקטרישע לעמפּעלעך. קיין ערפֿאָלג האָבען זיי אָבער ניט געהאַט. דער איד האָט צוגעלייגט זײַנע פּאָר טאָלער.

די עראינערונג װועגען די דאָזיגע לעמפּעלעך ברענגט אױיף מיין געדאַנק אימער אַרױיף די אינטערמעצצאַ פֿון דער אָפֿערא „קאַװואַ־לעריאַ רוסטיקאַנאַ"; װואָרים יאָהרען לאַנג האָב איך זיך אַרום־געטראָגען מיט'ן איינדרוק, אַז דעם װואונדערבאַרען נגון האָב איך צום ערשטען מאָל געהערט פֿון אַ קאַטערינקע, אױיף דער 10טער סטריט, װוען איך בין אַרומגעגאַנגען מיט האַרטמאַן'ס עלעקטרישע סקאַרף־פּינס.

די אָפֿערא איז נאָך דאַן ניט געװוען אָנגעשריבען. שפּעטער װוען איך האָב איהר געהערט, בין איך געװוען איבערצײַגט, אַז די אינטערמעצצאַ איז יענער נגון. דאָס איז געװוען אַ טעות.

182שפּעטער האָט מיר האַרטמאַן „געקיבעצט":

— װואָס פֿאַר אַ סיילסמאַן זײַט איהר, אַז אין מיטען ביזנעס שטעלט איהר זיך אָפּ הערען מוזיק?

איך האָב אָפּגעענטפֿערט:

—װואָס פֿאַר אַן ערפֿינדער, אַזאַ סיילסמאַן.

איינמאָל איז צװוישען אונז אַרױיסגעקומען אַ אונאָנגע־נעמליכקייט און מיר האָבען זיך שטאַרק צו־װוערטעלט.

ער און יאָהאַן מאָסט, דער פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען, זײַנען געװוען נאָהענטע פֿרײַנד. האָט ער איהם די מעשׂה איבערגעגעבען פֿון זײַן שטאַנדפּונקט. איך האָב געפּרואופֿט די אַנגעלעגענהייט פֿאַר מאָסט'ען פֿאָרשטעלען פֿון מיין שטאַנד־פּונקט; אָבער האַרטמאַן'ען דעם העלד פֿון דער מאָסקװוער מינע, האָט מאָסט פֿאָרגעטערט, און דער סוף איז געװוען, אַז צװוישען מאָסט'ען און מיר איז אױיך אַרױיסגעקומען אַ צוזאַמענשטױיס.

11
ערשטע אידישע טעאַטער־קאָמפּאַניעם. — ענגלישער טעאַטער.

צו מיינע גײַסטיגע אינטערעסען אין די ערשטע דרײַ יאָהר, װואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקאַ, געהערט, גלױיב איך, מיין ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם אידישען און ענגלישען טעאַטער און מיט דער אָפּערא.

אידישען טעאַטער האָט מען אין ניו יאָרק אָנגעהױיבען צו שפּילען אין 1883. אָבער נאָר אַ פּאָר פֿון די אַקטיאָרען זײַנען געװוען, מעהר אָדער װוייניגער, פּראָפֿעסיאָנעלע. די איבעריגע זײַנען געװוען יוננגע לייט פֿון אָדעם, װועלכע זײַנען אין דערהיים געװוען „טעאַטער פּאַטריאָטען", און דאָ האָבען זיי זיך אַליין גענומען צו דער ביהנע. צו זיי האָט מען צוגענומען סתם מענשען פֿון די אימיגראַנטען.

183איינער פֿון זיי איז געװוען אַן אָדעסער שניידער פֿון די מיטעלע יאָהרען, אַן אימיגראַנט מיט'ן נאָמען ישׂראל באַרסקי. דאָס איז געװוען אַ אינטערעסאַנטער טיפּ. װוען איך האָב זיך מיט איהם באַגעגנט צום ערשטען מאָל, האָב איך געמיינט, אַז ער איז אַ דייטשער „יהודי". אַ קאַסאָקליכער, אַ גלאַט־אַרומגעגאָלטער, האָט ער ניט אױיסגעזעהען ניט װוי אַ שניידער און ניט װוי אַן אַקטיאָר. איך האָב געמיינט, אַז ער איז אַ מין מיסיאָנער אָדער רעװוערענד פֿון אַ רעפֿאָרמירטער שוהל. ער האָט אָבער צו מיר גענומען ריידען עכטע אָדעסער אידיש. ער האָט גערעדט װועגען מיינע סאָציאַליסטישע רעדעם. ער איז מיט זיי ניט געװוען איינפֿאַרשטאַנען. ער האָט געהאַט אַן אייגענעם סאָרט סאָציאַליזם.

אַ געװויסע צײַט האָט דער „עם עולם" „אַרױיסגעגעבען אַ צײַטונג" (אַ געשריבענע). אַ טייל איז געװוען אױיף רוסיש און אַ טייל אױיף אידיש; איז באַרסקי געװוען דער רעדאַקטאָר פֿון דער אידישער אָפּטיילונג. ער האָט אױיך געשריבען פּיעסען.

בײַ מיר איז אַ לאַנגע צײַט געלעגען זײַן קאָרד — זײַן ביזנעס קאָרד אי אַלס שניידער, װואָס פֿרעסט און פֿיקסט קליידער גוט און ביליג, אי אַלס אַ שױישפּילער, װואָס קאָן גוט אונטערהאַלטהאַלטען מיט פֿאָרלעזוננגען, דעקלאַמאַציעם און סצענקעם.

װוי ער שפּילט האָב איך קיינמאָל ניט געזעהן. אױיב זײַנע אַ פּיעסע איז װוען עס איז אױיפֿגעפֿיהרט געװואָרען, װוייס איך ניט. מען האָט מייסטענס געשפּילט גאָלדפֿאַדען'ס זאַכען.

פֿרויען האָבען דיזע קאָמפּאַניעם אױיסגעפֿעלט; פֿלעגען די פֿרויען־ראָלען אָפֿט געשפּילט װוערען פֿון יוננגע לייט.

דער הױיפּט „סטאַר" איז געװוען באַרים טהאָמאַשעװוסקי, װועלכער איז דאַן געװוען נאָך אַ גאַנץ יוננגער בחור'ל, און ער פֿלעגט שפּילען מיידעלשע ראָלען מעהר װוי מעננערשע.

אין דעם װוינטער פֿון 1882 בין איך אַ קורצע צײַט געװוען אַ באָרדער בײַ טהאָמאַשעװוסקי'ס מוטער (אױיף מאָטט סטריט, לעבען באַיאַרד, ניט װוייט פֿון דער באַװוערי), און איך געדענק איהם גאַנץ גוט אַלס אַ שעהנעם בײַ פֿון 16 יאָהר און אַלס 184אַ קאָפּריזנעם „סטאַר". אין שטוב פלעג איך אױיך זעהן אַנדערע מיטגלידער פון זײַן טרופּע: גאָלובאָק, אַ באָי מיט'ן נאָמען באַיאַרסקי, און אַנדערע. אין טעאַטער אָבער (אױיף דער באָוערי האָט ער זיך געפונען) האָב איך זיי ניט געזעהן.

זינט ספּאַקסיני האָט אין נעוועל פאַר מיר איבערגעזונגען די לידער פון גאָלדפאַדען'ס פּיעסען, האָט זיך מײַן אינטערעס אין אידישען טעאַטער פאַרגרעסערט. און דאָך — צו זעהן װוי דיזע יונגע לײַט שפּילען האָט מיך ניט געצויגען. פאַרװאָס, געדענק איך ניט גענוי. טיילװוייז, װואַרשיינליך, צוליב דער פאַראַכטונג, װואָס די רוסיש-אידישע אינטעליגענץ האָט דאַן געהאַט צו דער אידישער ביהנע אין אַלגעמיין; טיילװוייז װוייל אונזערע ערשטע שוישפּילער אין אַמעריקא זײַנען מייסטענס געװוען „ליבהאָבער", ניט קיין אַרטיסטען פון דערהיים, און טיילװוייז װוייל מײַן פרייע צייט איז געװואָן פאַרנומען מיט זאַכען, װועלכע האָבען מיך אינטערעסירט אַ סך מעהר — מיט סאָציאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע מיטינגען, מיט דעבאַטען װועגען קאָלאָניעס, װועגען פּאָזיטיװויזם א. אַ. װו.

די ערשטע טרופּע פּראָפעסיאָנעלע אידישע אַקטיאָרען איז אין ניו יאָרק אָנגעקומען פון רוסלאַנד און רומעניען אין דעם זומער פון 1884, און זייער ערשטע פאָרשטעלונג אין אַמעריקא איז געװואָן די ערשטע אידישע טעאַטער פאָרשטעלונג, װואָס איך האָב װוען עס איז בייגעװואוינט.

מיט אַ װואָך פאַר דער פאָרשטעלונג — כּמעט אָקאָרשט װוי זיי זײַנען אַראָפּ פון שיף — האָבען זיי אַנטייל גענומען אין אַ קאָנצערט-פּראָגראַם אױף אַ פאַרזאַמלונג אין טױרן האָל, אױף פערטער סטריט, צװוישען צװוייטער און דריטער עװועניו. איך האָב געהאַלטען אַ רעדע װועגען די קומענדע פּרעזידענט װואַהלען, און זייערע װויכטיגסטע שוישפּילער — משה זילבערמאַן, חיימאָװויטש, סאַרף און מיכעס חיימאָװויטש — האָבען דעקלאַמירט.

די מענער האָבען געטראָגען האָװויזען, װועלכע זײַנען געװואָן אױיבען שמאָל און אונטען משונה'דיג ברייט, װוי אַ גלאָק, װוי די מאָדע איז דאַן געװואָן אין רוסלאַנד, אָבער ניט אין אַמעריקא; 185און מיט דעם האָבען זיי געצויגען אױפמערקזאַמקייט אַלם „גרינע" (צװוישען די מאָדעם פון רוסלאַנד און אַמעריקא איז דאַן איבערהױפט געװואָן אַ פיל גרעסערער אונטערשיד װוי הײַנט).

זייער ערשטע טעאַטער-פאָרשטעלונג האָבען זיי געגעבען טאַקע אין דעמזעלבען טױרן-האָל. זיי האָבען געשפּילט גאָלדפאַדען'ס „די כּישוף-מאַכערין". דער הױפּט העלד איז געװואָן זילבערמאַן, אַ שעהנער יונגערמאַן, מיט אַ שעהנער טענאָר שטימע. דער צװוייטער העלד איז געװואָן סאַרף, אַ הױיכער יונג, מיט אַ געזונטער באַריטאָן שטימע און מיט אַן אױיסשפּראַך פול מיט דייטשע פּרעטענזיעם. די ראָלע פון דער העלדין האָט געהאַט די אױיבען-דערמאָנענטע מאַדאַם חיימאָװויטש, װועלכע איז שפּעטער געװואָן די פרוי פון דזשייקאָב פּ. אדלער—די באַריהמטע סאַראה אדלער. חיימאָװויטש איז געװואָן דער קאַסיקער פון דער קאָמפּאַני.

אױף דער סטיידזש איז קוים געװואָן פּלאַץ פאַר עטליכע מענשען, און אַלץ איז געװואָן צוגעריבט זעהר אָרים. אױף אַן ענליכען אָרימען אופן איז געװואָן דאָם שפּילען. אין פאַרגלייך מיט אונזער איצטיגען אידישען טעאַטער איז אַלץ געװואָן זעהר נעבעכדיג. פון מאַדאַם אדלער, װועלכע איז דאַן געװואָן זעהר יונג און שעהן, האָט זיך שפּעטער ענטװויקעלט אַן אמת טאַלאַנטפולע און גלענצענדע אַרטיסטין; אין יענע צייטען אָבער האָט זיך איהר טאַלאַנט קוים אַרױיסגעזעהען. װואַרשיינליך איז דאָם געװואָן דערפאַר װואָס די בילינגע שונד-דראָלען פון יענע צייטען זײַנען ניט געװואָן פאַר איהר.

די ערשטע ענגלישע פּיעסע, װואָס איך האָב געזעהן, איז געװואָן אַ סענטימענטאַלע מעלאָדראַמע מיט'ן נאָמען „סילװוער קינג". אַביסעל שפּעטער האָב איך געזעהן דעם באַריהמטען עדװוין בוטה אין „האַמלעט". ער האָט זיך גערעכענט פאַר 186דעם בעסטען האַמלעט אין דער װועלט. זײַן ברודער, װוילקעם בוטה, האָט ערמאָרדעט אײַברעהעם לינסאָלן'ען, דעם פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטען, און איך געדענק װוי איך פלעג זיך טראַכטען: אין רוסלאַנד װואָלט דער ברודער פון אַזאַ מענשען זיך ניט געטאַרט װוייזען פאַר דער װועלט, און דאָ איז ער דער קעניג פון דער ביהנע*.

זײַן שפּילען געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר זײַן מערקװוירדיג אינטערעסאַנטען געזיכט און זײַן האַמלעט-קאָסטיום.

אין יענע יאָהרען איז איבער דער גאַנצער װועלט באַריהמט געװואָן אַן איטאַליעניש​ער שוישפּילער מיט'ן נאָמען טאָמאַסאָ סאַלװוויני, װועלכער איז געװואָן אַנערקענט אַלם דער בעסטער אָטהעלאָ. איך האָב איהם געזעהן אין דיזער ראָלע (ער האָט געשפּילט אױף איטאַליעניש און די אַנדערע אַקטיאָרען אױף ענגליש). איך געדענק װוי דער טעאַטער האָט געדונערט פון זײַנע אײַפּערזוכט-געשרייען. איך האָב איהם באַװואונדערט, װוייל איך האָב געװואוסט, אַז דאָם הייסט שפּילען װואונדערבאַר, אָבער אין האַרצען האָב איך זיך געקלערט: מיט װואָס איז דאָם אייגענטליך װואונדערבאַר?

אין דעם װוינטער פון 1885—1884 האָט די רוסישע קאָלאָניע אין טױרן האָל געשטעלט גאָגאָל'ס באַריהמטע רוסישע קאָמעדיע: „דער רעװוויזאָר", אַלם אַ ליבהאָבער-פאָרשטעלונג. אַלעיניקאָװו האָט געשפּילט די הױפּט ראָלע.

אין דעם װוילנער שטאָדט-טעאַטער האָב איך געזעהן ביי צעהן טעאַטער-פאָרשטעלונגען. דאָרטען פלעג איך אין טעאַטער געהן מיט אַ פיבערהאַפטען אינטערעס. אָבער אין האַרצען האָב איך אָפט געפיהלט אַן אונצופרידענהייט פון דעם שפּילען. בלױיז אַ פּאָר פון די װוילנער שוישפּילער זײַנען מיר געפעלען געװואָן. זיי האָבען גערעדט אױף אַ נאַטירליכען שטיינער. די אַנדערע אָבער האָבען די װוערטער דעקלאַמירט, געזונגען. װוי איך האָב שױין דערצעהלט אין ערשטען באַנד, האָב איך דאָם קיינמאָל ניט געקענט פאַרטראָגען. „מענשען רײַדען דאָך ניט אַזױ", פלעג איך אימער טענה'ן. זייענדיג אין ניו יאָרק, 187און שמועסענדיג מיט אינטעליגענטע אימיגראַנטען, װואָס האָבען געזעהן דעם רוסישען טעאַטער אין גרעסערע רוסישע שטעדט, האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז די בעסערע רוסישע ביהנע פאָדערט מאַסע נאַטירליכקייט, און ניט דעקלאַמאַציע.

די אַמעריקאַנער ביהנע איז מיר ניט געפעלען געװואָרען. אַזױ רײַדען דען מענשען? — פלעג איך זיך פרעגען. די ערשטע צייט פלעג איך אָבער די שולד אַרױיפװואַרפען אױף זיך אַליין: אפשר פאַרשטעה איך ניט. אפשר דאַרף מען אױף ענגליש אַזױ שפּילען.

12
פּאַטטי.

אין יענע יאָהרען איז אין ניו יאָרק געװואָן אַן אָפּטער גאַסט די באַריהמטע זינגערין אַדעלינאַ פּאַטטי, די װואונדערליכסטע סאָפּראַנאָ פון דעם גאַנצען ניינצעהנטען יאָהרהונדערט. זינט זי איז אַראָפּ פון דעם אָפּעראַ ביהנע, זײַנען געװואָן אַנדערע זינגערינס, מיט װועלכע עס האָט נע'רעש'ט די װועלט. אין דער געשיכטע פון דער אָפּעראַ איז אָבער קיין צװוייטער ביישפּיל פון אַזאַ װועלט-ערפאָלג װוי פּאַטטי'ס ניטאָ. קאַרוסאָ איז פיליייכט געװואָן דער מערקװוירדיגסטער זינגער פון עטליכע דורות, אָבער דער גאַנצער װועלט האָט ער קיינמאָל ניט געהאַט אַזאַ שטורעמדינגען נאָמען װוי פּאַטטי האָט געהאַט אין פאַרלױיף פון דרייסיג יאָהר.

איך האָב פּאַטטי'ן צום ערשטען מאָל געהערט ביים ענד פון יאָהר 1883. די גרױיסע אָפּעראַ הױיז פון ניו יאָרק איז דאַן געװואָן די „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק", אױף אױרװוינג פּלייס און 14טע סטריט. דעם יונגען דור אָדער די ניי-אָנגעקומענע אימיגראַנטען קען דאָם קלינגען קאָמיש. די „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק" איז אין די לעצטע יאָהרען געװואָן אַ מואָװוינג-פּיקטשור פּלאַץ. און װוען דיזע שורות װוערען צוגעפערטיגט צום דרוק, קלייבט מען זיך די געבײַדע אינגאַנצען אַרונטערצוריסען. די 14טע סטריט, קאָרנער אױרװוינג פּלייס, רעכענט זיך שױין 188לאַנג פאַר דאַון-טאַון, איסט-סייד — אַ טייל פון דעם אידישען געגענד. מיט פערצינ יאָהר צוריק אָבער איז דאָם געװואָן דער צענטער פון ניו יאָרק, און די „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק" איז געװואָן די שטאָלצע אָפּעראַ-הױיז פון דער גרױיסער אַמעריקאַנער שטאָדט. אין אָװוענט פלעגען אַרום דעם קאָרנער זיך ציהען לאַנגע ליינס פון קעריִדזשעס. דאָ פלעגט מען זעהן די רייכסטע פאַמיליען פון שטאָדט. אַ יאָהר צעהן, פופצעהן שפּעטער האָט די 14טע סטריט באַקומען אַ מיאוסען נאָמען. גראָד אין יענעם געגענד, װואו עס שטעהט די „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק" איז געװואָן דער צענטער פון אַ פרויען-מאַרק. אין דער צייט אָבער װוען איך בין אַראָפּגעקומען קיין אַמעריקא איז די סטריט געװואָן אַן אָנשטענדינגע.

דאָם איז אייגענטליך געװואָן דער צענטער פון דער אַמע-ריקאנער טעאַטער װועלט, װואָרים לעבען דער „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק" האָבען זיך געפונען צװוייי-דרייי אַנדערע טעאַטערס, און אַ פּאָר בלאָק װוייטער זײַנען געשטאַנען די װויכטיגסטע דראַמע-טעאַטערס. טעאַטערס האָט ניו יאָרק דאַן פאַרמאָגט קוים אַ צענט-חלק פון הײַנט (װועגען מואָװויס רײַדען מיר נאַטירליך ניט). ערשטענס איז די שטאָדט געװואָן אַ סך קלענער, און צװוייטענס איז דער טעאַטער-לעבען געװואָן אַ סך װוייניגער ענטװויקעלט. עס האָבען זיך נאָך דאַן געפונען פילע אַמעריקאַנער פאַמיליעס, װואָס האָבען דאָם געהן אין טעאַטער געהאַלטען פאַר אַן עבירה.

צום ערשטען מאָל האָב איך פּאַטטי'ן געהערט אין דער אָפּעראַ „הוגענאָטען". זי האָט געשפּילט די װויכטיגסטע ראָלע, און די צװוייטע װויכטיגע ראָלע האָט געשפּילט אַ זינגערין מיט'ן נאָמען עטעלקאַ גערסטער, אַ יונגע אידישע פרוי פון אונגאַרן. פריילין גערסטער האָט אױיך געהאַם אַ װואונדערבאַרע שטימע, מיט ניט-װוייניגער צױבער װוי פּאַטטי'ם; נאָר פּאַטטי'ם שטימע האָט אַ חוץ דעם זעלטענעם פּראַכט פון איהר קלאַנג געהאַט אַנדערע מעלות אױיך.

189אַבער פריילין גערסטער איז לאַנג אױף דער ביהנע ניט פאַרבליבען. אין אַ גאַנץ קורצער צייט אַרום האָט זי, דורך קראַנקהייט, איהר גאָלדענע שטימע פאַרלאָרען. פּאַטטי אָבער האָט אױף דער ביהנע געזונגען נאָך אַ יאָהר צװואַנציג.

אין 1883, װוען איך האָב איהר געהערט צום ערשטען מאָל, איז זי געװואָן אין איהר רעכטען גלאַנץ. פּונקט פערצינ יאָהר איז זי דאַן אַלט געװואָן, און איהר סאָפּראַנאָ-שטימע האָט געהאַט איהר בעסטע און שענסטע קראַפט, איהר רייכסטע זאַפטיקייט און בויגיקייט.

עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקען, אַז צום ערשטען מאָל אַרױיסגעטראָטען פאַר אַ פּובליקום איז זי טאַקע אין דעם זעלבען ניו יאָרק — װוען זי איז געװואָן אַ קינד פון זיבען יאָהר. די דערמאָנענטע פאָרשטעלונג איז געװואָן מײַן ערשטע ערפאַרונג אַלם אָפּעראַ באַזוכער. אין דעם װוילנער טעאַטער האָב איך געזעהן עטליכע אָפּערעטעם, אָבער קיין אָפּעראַם ניט. װועגען פּאַטטי'ן האָב איך נאַטירליך געהערט אין רוסלאַנד. װואַרום זי האָט אַ פּאָר מאָל באַזוכט פּעטערסבורג, און יעדעס מאָל האָט מיט איהר געקאָכט ניט נאָר דאָרטען, נאָר אױיך איבער'ן גאַנצען לאַנד. דעם ערשטען מאָל האָב איך װועגען איהר געהערט װוען איך בין אַלט געװואָן אַ יאָהר צעהן.

נאָך די „הוגענאָטען" האָב איך איהר געהערט אין „טראַװוויאַטאַ".

איך געדענק איהר שטימע און איהרע פוינעל-טרעלען קאָלאָראַטורען, װוייכע װוי זייד, לייכט װוי פוך, און צו דער זעלבער צייט הילכיג, מיט אַ גאָלדענעם קלאַנג, און ליכטיג װוי דער בליץ פון פּערל. װוען איך שרייב דיזע שורות, זעה איך איהר װוי פאַר די אױיגען, אַ ליבליכע, אַ צערטליך-שעהנע.

אַמבעסטען געדענק איך איהר װוי זי זינגט אין „טראַװוויאַטאַ". און עד-היום, װוען מען זינגט אָדער מען שפּילט פאַר מיר די טרויעריגע ליד פון דער אונגליקליכער קאַמעליען-דאַמע, בשעת זי לינגט אַ קראַנקע אין בעט און טראַכט װועגען דעם געליבטען, װואָם זי האָט פאַרלאָרען, דערמאָן איך זיך אָן פּאַטטי'ן אין דיזער סצענע.

13
אידישע אָװוענדען. — אַ העברעאַישע סטאָרקע. — רוסישע גרופּען. — רוסיש.

190געזעלשאַפטליכע באַקאַנטשאַפטען האָב איך געהאַט דרייי-ערליייי: מיט מענשען, װואָם האָבען צװוישען זיך גערעדט רוסיש, מיט מענשען װואָם האָבען צװוישען זיך גערעדט אידיש, און האָבען קיין רוסיש ניט געקענט, און מיט אַזעלכע װואָם האָבען גערעדט ענגליש, װוי די גראָססעם, עדואַרד קינג, זײַנע צװוייי פריינד און אַ פּאָר אַנדערע ענגליש-דיידענדע קריסטען.

אַ פּאָר פון מײַנע שילער, די װואָם האָבען אין דערהיים געלערנט גמרא און העברעאַיש, פלעגען אַרױיפקומען צו מיר און מיר פלעגען שמועסען. דורך זיי בין איך באַקאַנט געװואָרען מיט אַ פּאָר אַנדערע אידיש-רײַדענדע פאַמיליען. אַזױ האָט זיך צוזאַמענגעשטעלט אַ „קרוזשאָק" ביי אונז.

מיט איינער פון דיזע פאַמיליען בין איך געװואָרען ספּעציעל נאָהענט. דער פאָטער פון דער משפּחה, אַ קאָװונער איד מיט'ן פאַמיליע-נאָמען אָלטער, אַ היימישער משכּיל, איז געװואָן אַ זעהר סימפּאַטישער מענש. ער איז געװואָן פיל עלטער פאַר מיר. איך פלעג מיט איהם ליב האָבען אַרומצוגעהן און האָב אָפט פאַרבראַכט אין זײַן הױיז. כּמעט אַלע זײַנע לאַנדסלייט, פריינד פון דערהיים, זײַנען געװואָרען רייך, און ער איז געבליבען אַ פּראָסטער אַרבייטער, אַ קאָטטער. און אַזױ װוי אַ פאַמיליע האָט ער געהאַט אַ גרױיסע, איז ער געװואָן אַ גרױיסער אָרימאַן. איינער פון זײַנע בעסטע חברים, װועלכער האָט פריהער מיט איהם געאַרבייט צוזאַמען, איז איצט געװואָן אַ רייכער פאַבריקאַנט; און ביי איהם האָט דאָם אָלטער געאַרבייט. װועגען זײַן אָרימקייט פלעגט ער רײַדען מיט אַ סימפּאַטישען שמייכעלע.

ער האָט פאַרשטאַנען די װועלם, פאַרשטאַנען מענשען, און אַלץ האָט ער באַטראַכט מיט דעמזעלבען קלוגען, גוטמוטיגען שמייכעל, אָהן אַ טראָפּען גאַל. אָפט פלעגט ער זאָגען אַ װויץ, דערצייילען אַן אַנעקדאָט; אָדער סתּם מאַכען אַ אינטערעסאַנטע 191באַמערקונג װועגען לעבען. אונזערע שמועסען זײַנען מיר געװואָן זעהר אינטערעסאַנט. װואָם אַנבאַטרעפט מײַן סאָציאַליזם, איז דער געדאַנק איהם שטאַרק געפעלען געװואָן. ער האָט אָבער ניט געגלױיבט אַז ער קאָן מקוים װוערען.

זײַן פרוי און קינדער זײַנען געװואָן פּונקט אַזעלכע שטילע און גוטע װוי ער. זייער װואוינונג איז געװואָן אױף דיװוייזאָן סטריט, קאָרנער אָרטשאַרד.

אױף אָרטשאַרד סטריט, לעבען דעם זעלבען קאָרנער, האָט זיך דאַן געפונען אַ קלייניגקע סטאָרקעלע פון סיגאַרען, סיגאַרעטען, צוזאַמען מיט אַ ביבליאָטעקס פון העברעאַישע ביכער, װועלכע דער סטאָרקיפּער האָט געגעבען אױף צום לעזען. דער בעל-הבית פון דער סטאָרקע איז געװואָן אַ העברעער פון דערהיים, אַ מאַן מיט זילבערנע האָר, מיט אַ שעהנעם פּנים. זײַן 192נאָמען איז געװואָן בינון. ער האָט דאָרטען געװואוינט מיט זײַן פרוי, װועלכע איז געװואָן אַ סך אינגער פון איהם, און מיט זייערע דרייי קליינע קינדער. די סטאָרקע, מיט אַ ברעקעלע בעד-רום דערביי, איז געװואָן זייער װואוינונג, אַזױ גוט װוי זייער געשעפט.

אַהין פלעגען זיך צוזאַמענקלייבען אידען, װואָס האָבען געקענט העברעאַיש. זיי פלעגען רײַדען װועגען העברעאַישע שרייבער אָדער סתּם שמועסען. בינון פלעגט פאַר זיי דעקלאַמירען אָדער זינגען העברעאַישע לידער. אָלטער פלעגט אַהין אַרײַנקומען און דורך איהם — איך אױיך.

אױף העברעאַיש בין איך געװואָן אַ קנאַפּער קענער. דאָך האָט דער ליטעראַרישער אינטערעס פון בינון'ען מיט זײַנע קאַסטאַמער און דער גייסט, װואָם האָט עקזיסטירט אין דיזער פיצעלע סטאָרקע, מיך געצויגען צו זיך. און אפשר האָט מיך געצױיגען די אױפמערקזאַמקייט, װואָם איך האָב ביי זיי באַקומען. איך בין דאָרטען געװואָן דער איינציגער „געשטודירטער"; און די משכּילים האָבען זיך צו מיר פאַרהאַלטען מיט באַזונדערער אַכטונג. איך פלעג מיט זיי רײַדען װועגען סאָציאַליזם, װועגען דעם רוסישען רעװואָלוציאָנערען קאַמף, װועגען דער רוסישער ליטעראַטור, װועגען דעם אַמעריקאַנער לעבען, װוי איך האָב 193פלעג אַרײַנקומען, זײַנען געװואָן די אַלעיניקאָװוס, ביי װועמען עס איז דאַן געװואָן דער מיטעל-פּונקט פון דער אינטעליגענטער רוסישע קאָלאָניע, און עטליכע אַנדערע פאַמיליען. אין דיזע פּלעצער פלעג איך פאַרברײַנגען די צייט מיט מענשען פון אַ גאַנץ אַנדער קלאַם װוי די משכּילים. דאָרטען האָבען מיר גערעדט דורכאױיס רוסיש, און די לידער װואָם מען האָט געזונגען זײַנען געװואָן דורכאױיס רוסישע, אָדער מאַלאָרוסישע, װואָרים דיזע אימיגראַנטען זײַנען געװואָן פון זיד-רוסלאַנד.

מיט דיזע רוסיש-רײַדענדע באַקעננטע מײַנע פלעג איך אין די זומערדיגע זונטאגען אױיספאָהרען אין פּראָספּעקט פּאַרק אָדער אױף האַי-ברידזש. אַמאָל פלעגען מיר פאַרברײַנגען אַן אָװוענט אױף דעם גרענד סטריט דאָק, ביים ברעג טייך, לעבען דער דאַמאָלסדינגער גרענד סטריט פעררי. מיר פלעגען אַלע זינגען רוסישע לידער, אָדער איך פלעג זיך צוהערען װוי מײַנע פריינד פון קיעוו, אָדעם, קרעמענטשוג און אַנדערע שטעדט פון דרום-רוסלאַנד זינגען זייערע מאַלאָרוסישע נגונים. די מאַלאָ-רוסישע מוזיק איז פול מיט אומעט, און מיט בענקעניש; פלעגען דיזע מעלאָדיען אין מיר פון דאָם ניי אױיפװועקען דעם היים-װועה, װואָם פלעגט נאָגען מײַן האַרץ די ערשטע מאָנאַטען נאָך מײַן קומען קיין אַמעריקא.

מיט דיזען סאָרט אימיגראַנטען, די רוסיש-רײַדענדע, האָב איך געװואױנט צוזאַמען, געפיהרט רוסישע מיטינגען צוזאַמען, און צוזאַמען פאַרבראַכט די צייט נאָך אַ מיטינג. אפילו אין דער טרופּע װואָם האָט אָנגעפיהרט אידישע סאָציאַליסטישע פאַרזאַם-לונגען, פלעגען מיר צװוישען זיך אױיך אימער רײַדען רוסיש.

אין זייער געזעלשאַפט האָב איך זיך געפיהלט גאַנץ אַנדערש װוי צװוישען מײַנע אידיש-רײַדענדע פריינד. די לעצטע עטליכע יאָהר װואָם איך האָב פאַרבראַכט אין רוסלאַנד, האָב איך אידיש גערעדט װוייניג. רוסיש איז געװואָן די שפּראַך פון מײַן אינטעליגענטען „איך". איך האָב געדענקט אױף רוסיש.

איך האָב אָבער אידיש אימער גערעדט װוי אַלע אידען, און די שפּראַך — „װוי די מאַמע רעדט" — האָב איך אימער ליב געהאַט, און אָפט געקעמפט פאַר איהר. איינינע פון מײַנע 194מאַלאָרוסישע פריינד פלעגען זיך פאַרהאַלטען מיט פאַראַכטונג צו איהר; פלעג איך מיט זיי היים דעבאַטירען, װוייזען זיי װוי זאַפטיג און קרעפטיג אונזער מאַמע-לשון איז און װוי אַזױ מען קען אױף איהר אױיסדריקען די שעהנסטע און דעליקאַטסטע געדאַנקען.

צװוישען מײַנע רוסיש-רײַדענדע פריינד האָב איך זיך געפיהלם היימישער; די אידישע שפּראַך האָט מיר אָבער שטאַרק געצױיגען צו זיך — אַ סך שטאַרקער װוי אין רוסלאַנד. װוען איך פלעג באַגעגענען אַ לאַנדסמאַן, װואָם איך האָב געקענט אינדערהיים, פלעג איך זיך צו-כאַפּען צו איהם און האָבען שטאַרק הנאה פון דעם אידיש, װואָם איך האָב מיט איהם גערעדט.

אַזעלכע לאַנדסלייט האָב איך די ערשטע פּאָר יאָהר באַגעגענט עטליכע. צװוישען זיי זײַנען געװואָן: דער שניצער, ביי װועמען מ'האָט מיר געװואָלט לערנען אַ מלאכה, דער שניידער, װועלכער האָט גענייהט די קליידער פאַר אונז אינסטיטוטשיקעס, און װואָלפע אָגוז, דער פאָרברעזער סבאַרשטשיק.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 186] שפּעטער האָט זיך גענומען הערען פון רוסלאַנד, אַז װויעראַ פיג​נער'ס ברודער איז דער װויכטיגסטער מענאָר אױף דער פּעטערסבורגער אָפּעראַ-ביהנע, און אַז ער זינגט זאָגאַר אָפט ביים קיסר.