226די ערשטע פּראָבעס, װאָס זײנען געמאַכט געװאָרען צו גרינדען אַ שניידער יוניאָן — װען, פֿון װעמען און װי אַזױ זײ זײנען געמאַכט געװאָרען — איז ניט לײכט פֿעסטצושטעלען. הערץ בורגין דערצײילט װעגען דעם אין זײן „געשיכטע פֿון דער אידישער אַרבייטער באַװועגונג", אױף דעם גרונד פֿון אױסקונפֿט, װאָס ער האָט געזאַמעלט מיט פֿיל מיה. אָבער דאָס רוב פֿון די מענשען, װאָס האָבען אין יענע באַװועגונגען אַנטײל גענומען, זײנען אין בורגין'ס צײיט שױן געװוען טױט, אָדער מען האָט זײ ניט געקענט דערגרײיכען צוליב אַנדערע אורזאַכען. זײנע קאַפּיטלעך װעגען יענע יאָהרען זײנען דעריבער ניט אימער פֿריי פֿון אונפֿינקטליכקייטען, הגם אין אַלגעמיין ענטהאַלטען זײ אַ שאַצבאַרען מאַטעריאל.
איך גיב דאָ איבער װאָס איך געדענק װעגען דעם ענין פֿון מײנע אײיגענע ערפֿאַהרונגען — װעגען זאַכען, אין װעלכע איך האָב פֿערזענליך אַנטײיל גענומען, אָדער װעלכע איך האָב באָאָבאַכטעט.
מוצאי יום־כפּור, 1884, איז אױפֿ'ן טאָג פֿלאָר פֿון 227165 איסט בראָדװיי געגרינדעט געװאָרען אַ שניידער יוניאָן פֿון רוסישע און פּױלישע אידען, און איך האָב זיך אין דער גרינדונג באַטײיליגט אַלס רעדנער און אױפֿקלערער. דער מיטינג, אױף װעלכען דאָס איז געשעהן איז געװוען זעהר אַ קלײינער. ער איז אָבער געװוען דער גרונד־שטײן, אױף װעלכען עס איז אין גיכען אױסגעװואַקסען אַן אָרגאַניזאַציע פֿון עטליכע טױזענד מיטגלידער.
אונגאַרישע און גרױס־פּױלישע אידען פֿון ניו יאָרק האָבען געפּרוּפֿט גרינדען אַ שניידער יוניאָן מיט אַ יאָהר פֿריהער; אָבער דערפֿון איז גאָרניט געװואָרען. זײערע שניידער זײנען געװוען באַשעפֿטיגט בײ דער בעסערער אַרבייט פֿון דעם טרײיד, הגם אױך אין קלײנע שעפּער און בײ קאָנטראַקטאָרס, אַזױ װי מען האָט געאַרבייט בײ די בּיליגערע קלײדער. די שעפּער און װואױנונגען פֿון דיזע בעסערע אַרבייטער האָבען זיך געפֿונען אַ צעהן, צװעלף בלאָק פֿון דעם צענטער פֿון דעם רוסיש־אידישען קװואַרטאָל, דאָרטען, װואו הײנט איז דער גאַליציאַנער קװואַרטאָל.
די בּיליגערע אַרבייט איז געטאָן געװואָרען פֿון דער גרױסער מאַסע פּױלישע און ליטװוישע אידישע שניידער, און זײ האָבען געװואױנט און געאַרבייט אין דעם רוסיש־אידישען געגענד.
די צװוייערלײי שניידער־אַרבייטער זײנען אַ לאַנגע צײט געבליבען אָפּגעזונדערט, און שפּעטער, און װען עס איז שױן געגרינדעט געװואָרען אַ גרױסע שניידער־יוניאָן, זײנען זײ אַ היבשע צײט געװוען פֿאַנאַנדערגעטײילט אין צװוייי באַזונדערע אָרגאַניזאַציעס.
דער מוצאי יום־כפּור'דיגער מיטינג איז אַרױסגעװואַקסען פֿון אַ געשפּרעך, װואָס איך האָב געהאַט מיט אַ אידישען פֿרעסער פֿון גרױס־פּױלען, אַ הױכער, בײנערדינגער מאַן פֿון אַ יאָהר פֿערציג, מיט ברײיטע פּלײיצעם און מיט יאַפּאַנעזישע שװואַרצע אױגען. לײדער געדענק איך ניט זײן נאָמען, הגם ער איז אַ לאַנג געװוען טעטיג אין דער יוניאָן און אין פֿאַרלױף פֿון פֿילע יאָהרען פֿלעגען מיר זיך אָפֿט טרעפֿען אױף פֿאַרזאַמלונגען.
מײן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט איהם איז פֿאָרגעקומען אױפֿ'ן גאַס. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט און געזאָגט, אַז ער 228האָט געהערט מײנע סאָציאַליסטישע רעדעס. מיר האָבען זיך צורעדט װועגען דעם שניידער־טרײיד און ער האָט פֿאַר מיר געשילדערט די צרות, װואָס די אַרבייטער האָבען אױסצושטעהן פֿון די קאָנטראַקטאָרס אין זײערע סװועט־שאָפּם. מיר האָבען זיך דעררעדט צו דער פֿראַגע װועגען גרינדען אַ יוניאָן פֿון די פּרעסערס, אַלס אַן אָנהױב. איך האָב פֿאָרגעלײינגט מײן הילף און איהם געגעבען מײן אַדרעס. עס איז דאַן געװוען ערב ראָש־השנה און מיר האָבען אָפּגעמאַכט צו װואַרטען ביז איבער די ימים־נוראים; װואָרים די אידישע שניידער זײנען אין יענע יאָהרען מײסטענס געװוען רעליגיעזע, אַלט־מאָדישע אידען, פֿילע פֿון זײ מיט בערד און פּאות.
דער פּרעסער האָט זיך דערנאָך צונױפֿגערעדט מיט עטליכע פֿון זײנע מיטאַרבייטער. אַ פּאָר שטונדען נאָך נעילה זײנען מיר זיך אַלזאָ צוזאַמענגעקומען. אין דעם זאַל איז געשטאַנען אַן אָרון־קודש און אַן עמוד, בײ װועלכען מען האָט דעם גאַנצען טאָג געדאַװוענט.
165 איסט בראָדװיי, װואו די קלײנע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, איז געװוען אַ הױיז פֿון מיטינג־האָלס, און אין יענע יאָהרען פֿלעגען דאָרטען געהאַלטען װוערען די מעהרסטע פֿון אונזערע סאָציאַליסטישע רעדעס און לעקטשורס. אָבער װי אַלע מיטינג האָלס און טאַנץ־זאַלען פֿון דעם אידישען קװואַרטאָל, זײנען זײ אױף די ימים־נוראים פֿאַרװואַנדעלט געװואָרען אין שוהלען.
קײן אײנצעלהײיטען פֿון דער פֿאַרזאַמלונג געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר װי דער הױכער, דאַרער פּרעסער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט; װי איך בין געשטאַנען און גערעדט, און װי דערנאָך האָט מען פֿאַרשריבען די ערשטע מעמבערס.
איך געדענק אױך אַ פּאָר פֿון די שניידער מיטינגען, װועלכע איך האָב אַדרעסירט אַביסעל שפּעטער, װוען די יוניאָן איז שױן געװוען אָרגאַניזירט. די גרעסטע פֿאַרזאַמלונג, אױף װעלכער איך האָב דאַן אַנטײיל גענומען אַלס הױיפּט רעדנער, האָט שטאַטגעפֿונען אין קאָנקאָרדיאַ אַסעמבלי רומס, אױף דער 229ערשטער עװועניו, לעבען דער צװוייטער סטריט (שפּעטער האָט מען דעם פּלאַץ גערופֿען פּראָגרעסיװו אסעמבלי רומס). דיזע פֿאַרזאַמלונג געדענק איך מיט פֿאָלשטענדינגער דייטליכקייט.
דער האָל איז געװוען אַ גרױסער און ער איז געװוען געפּאַקט. עס האָבען זיך דאָרטען װואָרשײינליך געפֿונען איבער צװויי טױזענט מענשען. דאָס איז דאַן געװוען די גרעסטע פֿאַרזאַמלונג פֿון אידישע אַרבייטער, װועלכע האָט עװ װוען עס איז שטאַטגעפֿונען אין אַמעריקא (און װואָרשײינליך אױך אױף דער גאַנצער װועלט). צו אַזאַ גרױסען עולם האָב איך נאָך פֿריהער קײנמאָל ניט גערעדט.
איך געדענק דעם שטאַרקען אײנדרוק, װואָס די צװוייי טױזענט קעפּיגע מאַסע האָט אױף מיר געמאַכט. מען האָט מיך פֿאַרגעשטעלט, און דער עולם האָט גענומען אַפּלאָדירען. װוען איך האָב זיך געשטעלט פֿאַר דיזען ים מיט מענשליכע פּנים'ער, בין איך אַ מינוט געװוען װי אַ צוטומעלטער.
מײן רעדע איז אױכגעהערען געװואָרען מיט דער טיפֿסטער אױפֿמערקזאַמקייט, נײיגעריגקייט און באַגײיסטערונג. מיט דער אױסנאַהמע פֿון ראיעװוסקי'ן (שאַמראיעװוסקי) און אַ פּאָר אַנדערע רוסישע סאָציאַליסטען, װועלכע זײנען געקומען אױף דיזען מיטינג, איז צװוישען די צװוייי טױזענט צוהערער מסתמא ניט געװוען קײן אײנער, װואָס האָט פֿריהער געהערט אַזעלכע רײיד. עס איז פֿאַר זײ געװוען אַ גרױסע נײעם. זײ האָבען צונױשאָסקעלט מיט די קעפּ, געװואונקען אײנער צום אַנדערען, אַז װואָס איך זאָג איז „ריכטיג װי גאָלד", געפּאַטשט בראַװואָ, און דונערדיג געלאַכט פֿון יעדער שפּאַסיגער באַמערקונג, װואָס איך האָב געמאַכט.
דער פֿאָרזיצענדער פֿון דעם מיטינג איז געװוען אַן אַמעריקאַניזירטער פּױלישער איד מיט'ן נאָמען שאַפּירא, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרײיסיג, אַביסעל אַ געלײימטער אױף אַ פּוס. ער איז געװוען דורכגעמישט מיט טאַמאַני פּאָליטישענס, און האָט געקײט טאַבאַק. די אַנדערע פֿיהרער פֿון דער יוניאָן זײנען געװוען פֿון דעמזעלבען סאָרט מענשען. אײנער פֿון זײ האָט געהאַלטען אַ בּיער־סאַלון אױף עסעקס סטריט. זײי זײינען 230געװוען שניידער, אָדער געװועזענע שניידער, און די יוניאָן איז געװוען בײ זײ אין די העגט. איך פֿלעג זיך טרײיסטען מיט דער האָפֿנונג, אַז מיט דער צײט, װוען די מאַסע װועט װוערען דורכגעדרונגען מיט אונזער פּראָפּאַגאַנדאַ, װועט זי זײ אַרױסטרײיבען.
אַ דײיטשער אַנאַרכיסט האָט בײ מיר אַמאָל געפֿרעגט, פֿאַרװואָס איך האָב מיט אַזאַ יוניאָן צו טאָן. האָב איך איהם געענטפֿערט: „װוען מען זאָל מיר ערלױיבען צו פּרעדיגען מײינע געדאַנקען אין אַ געמבלינג־הױיז, װואָלט איך זיך אױך ניט געטאָרט ענטזאָגען. עס איז מײן פֿליכט אָנצופֿיהרען די סאָציאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדאַ װואו איך קען נאָר. און דאָס איז דאָך אַן אָרגאַ־ניזאַציע פֿון אַרבייטער. זײ מוז מען אודאי אױפֿקלערען".
דער פּרעזידענט פֿון דער ערשטער שניידער יוניאָן האָט געהײסען אַראָנסאָן. שאַפּירא איז געװוען דער סעקרעטער, אָבער אױף די מיטינגען פֿלעגט ער אָפֿט זײן דער טשערמאַן.
אַז אַזאַ מענש װי שאַפּירא זאָל זײן אַ פֿיהרער פֿון אַ אידישער אַרבייטער יוניאָן איז דאַן ניט געװוען קײן אונאַטיר־ליכע זאַך. ער און די אַנדערע לידערס זײנען געװוען מענשען װואָס האָבען געקענט האַלטען אַ רעדע. זײ האָבען געװואוסט װי צו פֿיהרען אַ פֿאַרזאַמלונג. צװוישען אונזערע רוסישע אימי־גראַנטען איז אַזא מעלה געװוען אַ זעלטענהייט. די װואָס האָבען געקענט פֿיהרען פֿאַרזאַמלונגען זײנען אױף אַ נאַטירליכען אופֿן געװואָרען די פֿיהרערס אין די לאַדזשען, און זײ האָבען זיך אױך גערעהט אַרום פּאָליטישענס. אַלזאָ, װוען מען האָט גענומען גרינדען אַ יוניאָן, האָט די מאַסע זײי אױסערװועהלט פֿאַר טשער־לײט. װואָרים זײ האָבען געװואוסט און אַ „מאָושאָן" איז אױסער אָרדנונג; װוען מען גיט דאָס װואָרט, און װוען מען גיט ניט. קורץ, זײ האָבען געװואוסט װי צו קאָמאַנדעװוען מיט'ן הילצערנעם האַמער. אַלזאָ, װוען עס האָבען זיך גענומען גרינדען אונזערע יוניאָנס, זײינען זײי געװואָרען די רעדעל־פֿיהרער. אַנדערש האָט דאַן ניט געקענט זײן. אונזערע שניידער־מאַסען זײינען דאַן געװוען ניט אין ערך אונװוייסענדער װי הײנט.
231אין דעם אונגאַרישען קװואַרטאָל איז געװוען אַביסעל אַנדערש. צװוישען די אידען פֿון אונגאַרן, הױפּטזעכליך אין די גרעסערע שטעדט, איז פֿאָלקס־בילדונג און די הײנטיגע קולטור געװוען מעהר פֿאַרשפּרײיט װי צװוישען די אידען פֿון רוסלאַנד אָדער פּױלען. צװוישען זײיערע שניידער אין ניו יאָרק האָבען זיך שױן דאַן געפֿונען עטליכע אינטעליגענטע מענשען, װואָס זײינען באַקאַנט געװוען מיט דעם סאָציאַליזם נאָך פֿון דערהיים. צו דיזער אונגאַ־רישער גרופּע האָט אױך געהערט אַ האַלב־אינטעליגענטער שניידער, װועלכער איז געװוען ניט פֿון אונגאַרן, נאָר פֿון גרױס־פּױלען; אָבער זײן געבורטס־פּלאַץ איז געװוען לעבען דעם דײיטשען גרענעץ, און ער האָט אַ געװויסע צײט געװואױנט אין דײיטשלאַנד. זײן נאָמען איז געװוען לואים סמיטה, און ער איז געװוען אײינער פֿון די פֿיהרער.
דער פֿאָלגענדער געשפּרעך, װועלכער איז פֿאָרגעקומען צװוישען מיר און אַ יונגען אידישען שניידער דעם זעלבען טאָג, װוען איך האָב געהאַלטען די אױיבען־דערמאָנטע רעדע אין קאָנקאָרדיאַ אסעמבלי רומס, איז כאַראַקטעריסטיש.
איך און ראיעװוסקי זײינען געגאַנגען איבער קאַנעל סטריט, און אונז האָט אָפּגעשטעלט אַ יונגערמאַן. ער איז געװוען אין קאָנקאָרדיאַ אסעמבלי רומס, װוען איך האָב געהאַלטען מײן רעדע, האָט ער ערקלערט. נאכדעם װי ער האָט מיר געגעבען אַ קאָמפּלימענט פֿאַר דער רעדע, האָט ער געפֿרעגט װויפֿיל מען האָט מיר באַצאָהלט פֿאַר איהר. איך און ראיעװוסקי האָבען איהם פֿאַרזיכערט, אַז די װואָס האַלטען אַזעלכע רעדעם נעמען ניט קײן געלד. דער יונגערמאָן האָט געלאַכט. ער האָט געמיינט, אַז מיר מאַכען פֿון איהם חוזק. עס איז אונמעגליך געװוען פֿון איהם אַרױסצורײיסען די איבערצײיגונג, אַז אָהן געלד טוט מען קײן זאַך ניט. ער האָט געאָורטײילט לױט אַזעלכע לידערס װי שאַפּירא.
און דאָס איז בײ מיר ניט געװוען די אײנציגע ערפֿאַהרונג אַזעלכע.
צו צוברעכען דיזען באַגריף בײ אונזערע מאַסען; צוגע־ 232װואױנען זײי צום געדאַנק, אַז עס איז פֿאַראַן אַזאַ זאַך װי פּרינציפּ אױף דער װועלט, צוגעװואױנען זײי צום געדאַנק, אַז פֿאַר אַ סיטיזען צו פֿאַרקױיפֿען זײן שטימע אין עלעקשאָן טאָג איז אַ פּיל גרעסערע עבירה װי צו רױיכערען אום שבת — דאָס זײינען געװוען אײיניגע פֿון אונזערע אױיפֿגאַבען אין יענע צײיטען.
אונזער באַװועגונג האָט געמאַכט פֿאָרטשריט. די צאָל מענשען, װואָס האָבען זיך אָפּגערופֿען אױף אונזער אַגיטאַציע, איז געװואַקסען.
דער עולם פֿון דאַמאָלסדיגע מאַס־מיטינגען פֿלעגט אָפֿט אַרױסװוייזען אַ רױהקייט און אַ קינדישקייט, װועלכע איז איצט ניט אָפֿט צו טרעפֿען. איך װועל ברײינגען אַ בײישפּיל.
עס איז געװוען אַ מיטינג אין עװוערעט האָל, אױף פֿערטער סטריט לעבען דער באָוערי. דער טשערמאַן איז געװוען גרעגאָרי װוייינשטיין, אונזערער אַ װוילנער יונגערמאָן, װועלכער איז דאַן געװוען אַן אַמעריקאַנער שריפֿטזעצער און אַ טעטיגער מיטגליד אין זײן יוניאָן. איך בין געװוען אײינער פֿון די רעדנער. עס האָט זיך ענטװויקעלט אַ דעבאַטע איבער דער פֿראַגע צי מען זאָל אין אַ יוניאָן אָננעמען װואָס מעהר מיטגלידער, אָדער צוערשט זיך באַשרענקען אױף אַ קלענערער צאָל. אונזער אימיגראַנטען־מאַסע איז דאַן נאָך געװוען אַזױ אונפֿעהיג צו זײן אָרגאַניזירט; און די ערשטע יוניאָנס איז געװוען אַזױ װוייניג טאָלק, אַז מײן מײינונג איז געװוען, מען זאָל פֿריהער גוט אָרגאַניזירען די ביסעל מעמבערס, װועלכע געפֿינען זיך שױין אין דער יוניאָן, און דערנאָך ערשט אַרײינגעמען װוייטערע מיטגלידער. דערבײי האָב איך געגעבען אַ משל מיט אַ קעכין, װוי זי קאָכט פֿיש. זי גיסט ניט אַרײין אַ סך װואַסער מיט אַמאָל; זי טוט אַרײין אַביסעל און לאָזט זיך דאָס אײינקאָכען; דאַן פֿאַרזוכט זי, און אַז זי פֿיהלט אַז מען דאַרף נאָך װואַסער, גיסט זי צו. דער משל האָט שטאַרק אױיסגענומען. אָבער נאָך דעם מיטינג, שױין בײם אַרױיסגאַנג, האָט זיך אַ גרופּע אָפּגעשטעלט דעבאַטירען מיט מיר װועגען איהם. אײינער, אַ מיטעליעהריגער איד, אײינגאַנצען אַ פֿאַרװואַקסענער מיט האָר, האָט גע'טענה'ט, אַז איך האָב דעם 233טרײיד־יוניאָניזם פֿאַרגליכען צו אַ קעכין; אַז איך האַלט דעם אַרבייטער פֿאַר אַ דינסט־מײידעל; און עטליכע אַנדערע זײינען מיט איהם אײינפֿאַרשטאַנען געװוען. מיר זײינען אַרױיס פֿון האָל און געגאַנגען איבער'ן גאַס צוזאַמען, דעבאַטירענדיג, און דער באַװואַקסענער איד מיט זײינע אָנהײינגער זײינען אַלץ געבליבען בײי דאָס זײיעריגע.
צװוישען די טעטיגע מיטגלידער פֿון דער ערשטער שניידער יוניאָן האָט זיך געפֿונען דער אױיבען־דערמאָנטער שניידער־אַקטיאָר, דער גלאַט־געגאַלטער ישראל באַרסקי. דורך דער יוניאָן בין איך מיט איהם באַקאַנט געװואָרען בעסער, און איך האָב אין איהם געפֿונען אַ העכסט עהרליכען מענשען און אַן אינטערעסאַנטען אידעאַליסט.
בײם ענד 1884 האָבען עטליכע פֿון די רוסישע אימיגראַנטען, מיט אַלעיניקאָװו'ען אַלס פֿאָרזיצענדער, געגרינדעט אַ געזעלשאַפֿט אונטער דעם נאָמען „רוסקי ראבאָטשי סאיוז" (רוסישער אַרבײי־טער־פֿאַרבאַנד), װועלכע האָט יעדען זונטאָג נאָכמיטאָג געגעבען אַ לעקטשור מיט דעבאַטען אױף רוסיש, אין 106 איסט בראָדװוייי. איך בין געװוען אַ מיטגליד און אײינער פֿון די לעקטשורערס. לאַנג האָט דער פֿאַרבאַנד ניט עקזיסטירט. עס איז אַרױיסגעקומען אַ מײינונגס־פֿאַרשידענהייט — ריכטיגער געזאָגט, אַ פּערזענליכער צוזאַמענשטױיס — און עס איז געגרינדעט געװואָרען אַנאַנדער רוסישער פֿאַראײין אונטער דעם נאָמען „ליבאָר ליסעאום". איך און לואי מיללער (אױך אַ װוילנער) זײינען געװוען די גרינדער.
אין מיטען פֿון אַ מיטינג פֿון דעם „רוסקי ראבאָטשי סאיוז", װוען עס איז פֿאָרגעקומען דער סכסוך, זײינען מיר אַרױיסגעגאַנגען און גערונגען אַנאַנדער האָל (דעם זעלבען האָל, װואו איך האָב געהאַלטען די רעדע בײי דער גרינדונג פֿון דער שניידער־יוניאָן). דאַן האָבען מיר זיך אומגעקערט אױף דער 234פֿאַרזאַמלונג אין 106 בראָדװוייי און דאָרטען אױיסגערופֿען, אַז נעקסטען זונטאָג װועט זײן אַ רוסישע לעקטשור אין 165 איסט בראָדװוייי.
אַלס אונזער ערשטען לעקטשורער האָבען מיר אָנגעגרײיט אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ן, דעם הױיפּט רעדאַקטאָר פֿון דער דײיטשער „פֿאָלקס־צײיטונג". איך בין געגאַנגען איהם אײינלאַדען און ער האָט מיר אָנגעגעבען אַלס טעמא: „אישוס אָו דהי דעי" (טאַגעס־פֿראַגען); דאַן האָבען מיר געלאָזט דרוקען אַ העֿנד־ביל װועגען דעם און דאָס פֿאַרטײילט צװוישען די אימיגראַנטען.
יאָנאַס האָט גערעדט אױף דײיטש. די רעדעם פֿון די דעבאַטאַנטען זײינען געװוען אױף רוסיש, און זײי זײינען איבער־זעצט געװואָרען פֿאַר איהם אױף דײיטש.
די װוייטערדינגע לעקטשורס זײינען געהאַלטען געװואָרען פֿון שעװויטש'ן און פֿון אונזערע אײיגענע מענשען: פֿון ל. מיללער'ן, מ. זאַמעטקין'ען, פֿון מיר און פֿון אַנדערע.
שפּעטער האָבען מיר אַרײינגעקראָגען אַ נײיעם רוסישען לעקטשורער, װועלכער איז געװוען עלטער און װויכטיגער פֿאַר אונז. דאָס איז געװוען דר. מערקין, אַ דינאַבורגער איד פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרײיסיג, אַ הױיכער ברײיט־בײינערדינגער מאַן מיט אַ געדיכטער, בלאָנדער באָרד, אַ קורצזיכטיגער, מיט גאָלדענע ברילען. ער איז געװוען אַ זעלטען פֿעהיגער, באַלעזענער, געבילדעטער מענש, מיט רעדנער־קראַפֿט. זײן רוסיש איז אָבער געװוען פֿון אַ זאַנדערבאַרען סאָרט. ער האָט גערעדט מיט אַ גמרא ניגון, און אָפֿט פֿלעגט ער ענדיגען די װוערטער אױף גאָר ניט קײן רוסישען שטײיגער. פֿריהער האָט ער אַ היבשע ביסעל יאָהרען געװואױנט אין דײיטש־לאַנד, װואו ער האָט געענדיגט שטודירען אױף כעמיקער. די דײיטשע שפּראַך האָט ער געקענט אױיסגעצײיכענט, און איהר האָט ער אױך גערעדט מיט אַ גמרא־אַקצענט און מיט אַ ליטװוישער אױיסשפּראַכע. זײן רוסיש איז געװוען נאָך קאָמישער. דאָס איז אַלץ אָבער געװוען אַ קלײינינקייט, צו װועלכער מיר האָבען זיך לײכט צוגעװואױנט. ער האָט געהאַט װואָס צו זאָגען; זײינע לעקטשורס האָבען געהאַט אַ רײיכען אינהאַלט. מיר פֿלעגען זײי ערװואַרטען מיט אונגעדולד.
235אין דײיטשלאַנד איז ער געװוען טעטיג אין דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, װועלכע האָט דאַן איהר אַרבייט געמוזט פֿיהרען געהיים. עס האָט דאַמאָלס עקזיסטירט דער ביסמאַרק געזעץ געגען דער סאָציאַליסטישער באַװועגונג, און די גענאָסען פֿלעגען אָנגעהן מיט זײיער אַגיטאַציע „אונטער דער ערד", הגם בײי די װואַהלען פֿלעגען זײי זיך באַטײיליגען און, טראָץ אַלע אונטערדריקונגען, פֿלעגען זײי ערװועהלען אַ גרױסע צאָל סאָציאַ־ליסטישע דעפּוטאַטען. ער איז געװוען גרינדליך באַקאַנט מיט דער באַװועגונג אין דער גאַנצער װועלט, און אין דער מאַרק־סיסטישער טעאָריע איז ער געװוען אַ למדן און אַ חריף. און אַלץ האָט ער ערקלערט אױיף אַן אינטערעסאַנטען שטײיגער — מיט קאָליר און מיט אָריגינעלע געדאַנקען.
װוען ער פֿלעגט שטאַרק באַגײיסטערט װוערען, פֿלעגט ער רײידען מיט אַן עכט מגיד'ישען טאָן. אין מיטען לעקטשור, שפּאַצירענדיג הין און צוריק איבער דער פּלאַטפֿאָרמע, פֿלעגט ער צונעהן צום פֿענסטער, זיך אָפּשטעלען, אַרױיסקוקען, און רײידען צו דער גאַס; אַרונטערלאָזען די העגט אונטער די לאַנגע פֿאַלעם פֿון זײן שװואַרצען דײיטשען ראָק, און בשעת ער האָט אַרױיסגע־זונגען זײינע װוערטער מיט אַ גמרא ניגון אױף דער סטריט אַרױיס, פֿלעגט ער פֿון הינטען טרײיסלען צו אונז מיט זײינע שװואַרצע פֿאָלעם. באַלד פֿלעגט ער זיך געבען אַ קער צוריק צום עולם, אַרײינקוקען אימיצען אין די אױיגען און אַרײינזינגען זײן גמרא ניגון יענעם אין פּנים אַרײין.
ער איז איבערהױיפּט געװוען אַ זאָנדערבאַרער מענש. פֿאַר דער קלענסטער זאַך פֿלעגט ער זיך באַלײידיגען, און גאַנץ אָפֿט אָהן דער מינסטער אורזאַכע.
אײינמאָל, װוען ער האָט געהאַלטען אין זוכען אַ קװואַרטיר, האָב איך איהם אײינגעלאַדען צו זיך ביז ער װועט געפֿינען אַ פּאַסענדע רום (איך האָב שױין דאַן געװואױנט ניט אין 213 קלינטאָן סטריט, נאָר אױיף דער אַנטקעגענדינגער זײיט, אין 224 קלינטאָן סטריט; און ניט אין אַן עטטיק, נאָר אין אַ גוטען, גרױסען צימער, מיט אַ גלײיכען סילינג און מיט צװוייי גרױסע פֿענסטער 236צום יארד). דרײַ אָדער פיער אָוװענטען זײַנען אָפּגעגאַנגען זעהר אנגענעם. מיר פלעגען טרינקען טהיי צוזאַמען, שמועסען און פאַרברענגען די צײַט אין דער בעסטער פרײַנדליכקייט. דעם פערטער אָדער דעם פינפטען אָוװענט, ווען מיר האָבען זיך אַזוי גענומען גרייטען צו געהן שלאָפען, האָט ער פּלוצלונג זיך אָנגעבלאָזען און זיך גענומען אָנטאָן.
— װאָרום זאָגט איהר מיר ניט אָפּען, אַז איהר װילט פון מיר פּטור װערן? — האָט ער געפרעגט. — איהר מיינט איך בין אַזאַ נאר אַז איך פאַרשטעה ניט?
איך בין ערשטיינט געוואָרען. איך האָב זיך בײַ איהם געבעטען, ער זאָל מיר ערקלערען מיט וואָס איך האָב אױף איהם געמאַכט אַזאַ איינדרוק. עס איז אָבער אונמעגליך געוװען פון איהם צו באַקומען אַן ענטפער. איך האָב איהם פאַרזיכערט, כמעט מיט טרערען אין די אױגען, אַז איך שעץ זיך גליקליך איהם צו האָבען אַלס מײַן גאַסט. קוים מיט צרות האָב איך איהם באַרוהיגט, און ער האָט זיך געלייגט שלאָפען. אױף מאָרגען אין דער פריה האָט ער מיר געזאָגט אַ װאָרימען „גוט־מאָרגען", מיר עטליכע מאָל געדריקט די האַנט און זיך ענטשולדיגט פאַר מיר.
— איך האָב אַלץ איבערגעטראַכט, — האָט ער געזאָגט, — איך בין געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז איך האָב אײַך גאַנץ אומזיסט באַשולדיגט. איהר זײַט װירקליך זעהר אַ גאַסט־פרײַנדליכער מענש.
װי אַזוי בײַ איהם איז אױסגעקומען, אַז איך װיל פון איהם פּטור װערען, האָב איך בשום אופן ניט געקענט דערגעהן. מסתמא האָט ער עפּעס אַ װאָרט מײַנעם אױסגעטײַטשט לױט איינעם פון זײַנע צודרעהטע באַגריפען.
אַרום יענער צײַט האָבען צװוויי בריִדער פון אָדעס, מיטיא 237גרעטש און ניומא גרעטש, געגרינדעט אן אָרגאַניזאַציע מיט'ן נאָמען „אידישער אַרבייטער פאַראיין".
ניומא, אַ יונגערמאַן מיט קורצזיכטיגע אױגען און מיט אַ פליכעוואַטען קאָפּ, איז געוװען אונטער אַ שטאַרקען איינפלום פון דער ניו יאָרקער „פאָלקס־צייטונג", דער אָרגאַן פון די דייטשע סאָציאַל־דעמאָקראַטען, און דעם פאַראיין האָט ער געגרינדעט מיט אַ דייטליכען צוועק צו פיהרען די אידישע באַװעגונג ניט אױף אַן אַנאַרכיסטישען, נאָר אױף אַ ריין סאָציאַל־דעמאָקראַטישען שטייגער. אַלס אױסגעשפּראָכענער סאָציאַל־דעמאָקראַט איז ער געוװען ענטשידען געגען דעם אַנאַרכיזם, וועלכער האָט זיך נאָך דאן שטאַרק געפלאַנטערט אין מײַן מוח. ער האָט זיך אַזוי אָפּגעגעבען דער דייטשער באַװעגונג, און געלעזען די דייטשע „פאָלקס־צייטונג" מיט אַזאַ התמדה, אַז ער האָט זיך אױסגעלערנט גוט ריידען און שרײַבען דייטש איידער ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט דער ענגלישער שפּראַך.
ער און זײַן בריודער האָבען, אַלזאָ, אָרגאַניזירט דעם „אידישען אַרבייטער פאַראיין". קיין רעדנער זײַנען זיי ניט געוװען, פלעגען זיי מיר אָפט איינלאַדען צו האַלטען אַ רעדע. זיי האָבען אָבער אימער געפאָדערט אַז איך זאָל אױסמיידען אַזעלכע ערקלערונגען, וואָס זײַנען געגען זייערע פּרינציפּען. ניומא, דער טעטיגסטער מיטגליד אין דעם פאַראיין, איז געוװען אַ שטילער, מילדער מענש. ער פלעגט מיט מיר טענה'ן, אַז עס זײַנען דאָ גענוג פּונקטען, אין וועלכע מיר זײַנען איינפאַרשטאַנען, און אַז מיר קאַנען אַרבייטען צוזאַמען אין דער אַרבייטער באַװעגונג. אין זײַן פאַראיין האָב איך ניט געקענט אַרײַנגעהן, ווײַל איך האָב זיך געהאַלטען פאַר אַן אַנאַרכיסט. אָבער איינלאַדונגען צו האַלטען בײַ איהם רעדעם און לעקטשורם פלעג איך אָננעמען.
גרעטש האָט מיט זײַן אַרבייטער־פאַראיין געטאָן פיל גוטם. ער האָט געהאָלפען גרינדען אַ פּאָר פון די ערשטע יוניאָנס, און איז געוװען דער הױפּט־גרינדער פון דער ערשטער קלאָוק־מאַכער יוניאָן. די ערשטע מאַסען־פאַרזאַמלונג פון דיזער אָרגאַניזאַציע האָט שטאַטגעפונען אין 177 איסט בראָדװוויי (הערדים אסעמבלי רומם).
238איך האָב געהאַלטען אַ רעדע און גרעטש האָט פאַרשריבען די מיטגלידער.
לאַנג האָט דיזע טעטיגקייט גרעטש'ס ניט געדױערט. ביס־לעכווײַז האָט ער זיך איינגאַנצען אָפּגעגעבען מיט דער דייטשער סאָציאַליסטישער באַװעגונג, ביז ער איז ערװוהלט געוואָרען אַלם נעשאָנעל סעקרעטערי פון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַר־טיי — אַן אַמט וועלכען ער האָט געהאַלטען עטליכע יאָהר.
אין פעברואַר 1885 האָב איך געהיראַט. מײַן אױסער־וועהלטע איז געוװען אַניוטא (אַננאַ) בראָנשטיין, אַ קיעוערין, די טאָכטער פון אַ אינטערעסאַנטען אינטעליגענטען פאָטער. זי האָט גענענדיגט גימנאַזיע. נאָך דעם קיעוװער באָגראָם איז זי באַגיסטערט געוואָרען פאַר דעם „עם־עולם" און איז געוואָרען אַ מיטגליד פון דער קאָמפּאַניע, אָדער פּאַרטיי, וועלכע ניקאָלאַי אַלעיניקאָוו האָט געפיהרט פון קיעוו קיין אַמעריקא. זי איז אין „עם־עולם" געוװען איינע פון די צענטער־פיגורען. אין דער רו־סישער קאָלאָניע פון ניו יאָרק האָט זי געצויגען אױפמערקזאַמ־קיט מיט איהר דעליקאַטער אינטעליגענץ און אָריגינעלען שכל, און מיט איהר פערזענליכקייט איבערהױפט.
דער לעזער געדענקט פיליייכט, אַז צווישען די וואָם האָבען צוגעהערט מײַן צווייטע לעקטשור (אין דעם האָל, וועלכער איז באַשטאַנען פון צווײ צימערען מיט „סלאַידינג דאָאָרס"), איז געוװען אַ פרײַלין מיט אַ פּענסנע, וועלכע איז געשטאַנען אױף אַ טיש. דאָס איז געוװען אַניוטא בראָנשטיין.
אונזער ערשטע קוואַרטיר איז געוװען אױף דיוװיזשאָן סטריט, צווישען סאָפאָלק און קלינטאָן. ווען איהר געהט איצט דורך
239געל־נײַ. מיר זײַנען געוװען די ערשטע טענענטס וואָס האָבען אַהין אַרײַנגעמופּט. די פוירניטשור האָב איך גענומען אױף־אױס־צאָהלען בײַ איינעם פון מײַנע שילער, אַ קאַסטאָמער פּעדלער.
אין יענע יאָהרען פלעגען אונזערע אינטעליגענטען פאַרדינען אַזוי ווייניג, אַז די וואױנונג אונזערע האָט בײַ אונזער קאָלאָניע געהייסען אַ פיינע קוואַרטיר. דרײַ נײַע צימערען, פריש מעבלירט — האָבען זיי װירקליך אױסגעזעהן פיין.
די באָאַרד אָוו עדיוקיישאָן פון ניו יאָרק האָט די איוװוני. נג־סקול פון דער יאָנג מענס היברו אסאָסיאיישאָן איבערגענומען צו זיך. מיר, די לעהרער, האָבען געהאַלטען עקזאַמען, און אין אַ געוויסען אָוװענד, אין אָקטאָבער, 1885, נאָך דעם װי מיר האָבען באַקומען אונזערע דיפּלאָמען, האָבען מיר אַריבערגעמאַרשירט מיט אַלע אונזערע שילער פון 206 איסט בראָדװוויי אין דער פּאָבליק־סקול, וואָס געפינט זיך אױף קריסטי סטריט לעבען ריווינגטאָן. דאָרטמען האָב איך די שטעלע אָנגעהאַלטען צוועלף יאָהר.
איך האָב אימער געטרױמט אַרױסצוגעבען אַ אידישע סאָ־ציאַליסטישע צייטונג. דער לעזער וועט זיך עראַינערען, אַז אַ פּלאַן צו גרינדען אַזאַ צייטונג איז געבאָרען געוואָרען שױן בײַ דעם „פּראָפּאַגאַנדא פאַראיין" מיט דרײַ יאָהר פריהער. דאַן איז דער פּלאַן ניט פאַרװוירקליכט געוואָרען. איך האָב איהם אָבער קיינמאָל ניט אױפגעגעבען. און איצט, אַז די אידישע אַרבייטער באַװעגונג האָט גענומען וואַקסען, האָט זיך די נױטװוענדיגקייט אין אַזאַ צייטונג געפיהלט אַלץ שטאַרקער. ראַיעװוסקי האָט אױך גע־האַט אַזעלכע געדאַנקען; אַלזאָ, האָבען מיר באַשלאָסען צו מאַכען אַ פּראָבע אַרױסצוגעבען אַ װאָכען־בלאַט.
געזאָגט און געטאָן. וועגען קאַפּיטאַל האָבען מיר ניט גע־דאַגה'ט. איך האָב פאַרדינט נאָר אױפ'ן לעבען. און ראַיעװוסקי ניט מעהר װי איך. ער איז אָבער ניט געוװען פאַרהייראַט, האָט ער געקענט עפּעס אָפּשפּאָרען. ער האָט געאַרבייט אין אַ פעקטאָרי (זײַן פאָטער האָט געהאַט אַ זייד־פאַבריק אין קרעמענטשוג, האָט ער דאָ זיך אױסגעזוכט אַ דזשאַב בײַ'ם זעלבען פאַך). איך זאָג אַז ער האָט 240געקענט עפּעס אָפּשפּאָרען. זײַן גאַנצער אייגענמס איז באַשטאַנען פון צעהן דאָלאַר, און דאָס איז געוװען אונזער גאַנצער „אינ־וועסטמענט". דאָס איבעריגע האָט אונז דער פּרינטער געגעבען אױף באָרג. אָט אונטער דיזע אומשטענדען האָבען מיר אנגע־הױבען אַרױסצוגעבען די צייטונג.
אַ גאַנצען טאָג האָט ראַיעװוסקי געאַרבייט אױף זײַן פאַבריק און איך האָב זיך באַשעפטיגט מיט מײַנע לעסאָנס; און די פרײַע שטונדען האָבען מיר ביידע אָפּגעגעבען צו אונזער פּלאַן. בײַטאָג האָב איך געהאַט גענוג צײַט, האָב איך איהר אױסגענוצט אױף דער צוגרייטונג צו דער אונטערנעמונג.
די צייטונג האָבען מיר אַ נאָמען געגעבען „די נײַע צײַט". דער ערשטער נומער איז ערשינען שבועות 1886. אַלץ איז געוװען געשריבען אױף דעם איינפאַכסטען אידיש, וואָס מען קען זיך נאָר פאָרשטעלען, אַזוי אַז דער אונענטװויקעלטסטער אַרבייטער זאָל קענען פאַרשטעהן.
— װי קען מען דאָס שרײַבען אידיש פּונקט װי מען רעדט? — האָבען בײַ מיר געפרעגט אייניגע אינטעליגענטען. — ווען מען שרײַבט, דאַרף מען די אידישע שפּראַך אױספּוצען, זי זאָל אױסזעהן „אַנשטענדיגער".
איך געדענק אַ געשפּרעך וואָס איך האָב געהאַט מיט אַ אינטעליגענטען אימיגראַנט מיט'ן נאָמען שור, פון זשיטאָמיר. ער איז געוװען איינער פון די באַקאַנטע פיגורען אין דער קאָלאָניע — אַ קלוגער, מיט זעלבסטשטענדיגקייט אין זײַן כאַראַקטער און מיט אַ גיפטיגען הומאָר אין זײַן שפּראַך.
— קאָהאַן, — זאָגט ער צו מיר, ווען עס איז ערשינען אונזער ערשטער נומער, — אײַך קומט אַ מעדאַל פאַר אײַער צייטונג.
אױף זײַן שמייכעלע האָב איך געזעהן אַז דער קאָמפּלימענט איז „מיט פינטעלעך".
241— װאָס מיינט איהר, שור? — האָב איך געפרעגט.
— איך האָב אַלע מאָל געוואוסט, אַז ליטוואַקעם האָבען אַ סך חוצפה, — האָט ער געענטפערט, — אָבער אַזױ פיל חוצפה װי איהר װוייזט אַרױס מיט אײַער „נײַע צײַט", האָט אפילו קיין ליטוואַק נאָך ניט אַרױסגעוויזען. אײַער צייטונג וועט האָבען אַ גרױסען ערפאָלג.
דאַן האָט ער מיר גענומען געבען אַ נאָב : װי סמייעט דאָס אַ מענש צו שרײַבען אַזאַ פּראָסטען אידיש װי טאָטע־מאַמע ריידען?
דעם כּלל אַז צו געברױכען איינפאַכע אידיש איז ניט שעהן, האָט מען דאן געהיט אױף דער ביהנע אױך. אין דעם אידישען טעאַטער פלעגט מען ריידען „דייטשמעריש". אָפט פלעגט אפילו אַ חסיד אָדער אַ שמש פון אַ שול אױף דער ביהנע ריידען „דייטש".
אױבען אין דערמאָנט געוואָרען דער אידישער שױשפּילער קאַרפּ, וועלכער איז געקומען קיין אַמעריקא מיט דער ערשטער פּראָפעסיאָנעלער טעאַטער קאָמפּאַני (אין דעם זומער פון 1884). איך האָב איהם אַמאָל געפרעגט פאַרוואָם ער רעדט אױף דער ביהנע „דייטש" אַנשטאָט אידיש, און זײַן ענטפער איז געוװען, אַז די פּליכט פון אַ אידישען אַקטיאַר איז דעם פּובליקום אױסצוביל־דען, צו לערנען איהם ריידען אַן איידעלען לשון.
אַז זײַן אייגענע „דייטש" איז געוװען ניט מעהר װי לעכער־ליכע אידיש — דאָס האָט ער מסתמא ניט געוואוסט. יעדענ־פאַלם איז ער געוװען איבערצײַגט אַז צו ריידען אַ געבראָכענעם דייטש איז שעהנער װי צו ריידען אַ גאַנצען אידיש.
שור האָט פאָרױסגעזאָגט, אַז אונזער וואָכען־בלאַט וועט האָבען אַ גרױסען ערפאָלג, טאַקע ווײַל זי איז געשריבען אױף אַזאַ „חוצפה'דיגען" מאַמע־לשון. ער האָט געגלױבט, אַז די מאַסען וועלען איהר קױפען. און זײַן נבואה וואָלט אפשר מקוים געוואָרען, ווען די רעדאַקטאָרען פון דער צייטונג וואָלטען אָנגע־פאַנגען כאַטש מיט אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר. אַזוי אָבער בין איך 242געוװען אי הױפּט־רעדאַקטאָר, אי קאָרעקטאָר, אי מענעדזשער, אי בוכהאַלטער, אי אדווערטייזינג־איידזשענט. און דיזע אַלע פּליכ־טען האָב איך ערפילט אין די שטונדען ווען איך בין געוװען פרײַ פון סקול און פון פּריוואָט לעסאָנם. ראַיעװוסקי, ווידער, האָט אַ גאַנצען טאָג שווער געאַרבייט אין פאַבריק און זײַן אַנטייל אין אונזער אַרבייט איז געוװען באַשרענקט אױף די אָוװענדען.
די צייטונג האָט זיך געדרוקט בײַ אַ פּרינטער מיט'ן נאָמען קאַטטאָן, אין אַ קעלערעל, וואָס האָט זיך געפונען אױף דעם פּלאַץ, וואו קאַנעל סטריט קומט זיך צוזאַמען מיט דיוװיזשאָן. און דאָרטען, בײַ אַ שטיקעל דעסק, וועלכען מר. קאַטטאָן פלעגט אונז ערלױבען צו געברױכען, איז געוװען אונזער „רעדאַקציע".
ס'איז געוװען אַ שווערער קאַמף. איך פלעג אַרומלױפען נאָך אדווערטייזמענטס און נאָך בײַ די פּאָר דאָלאַר, וואָס אונז האָט געקומט פאַר זיי. איך בין געוװען אַ גאַנץ צרה'דיגער ביזנעס־מאַן. מײַן אַרבייט אַלס סאָליסיטאָר און קאָלעקטאָר איז געוװען געמישט מיט פּראָפּאַגאַנדא. ווען אַן אדווערטייזער האָט גע־מאַכט שפּאַם פון דעם סאָציאַליזם, וועלכען אונזער צייטונג האָט געפּרעדיגט, פלעג איך מיט איהם פאַרציהען אַ דעבאַטע און פאַר־לירען צײַט. אין איין פאַל האָב איך זאָגאַר פאַרלאָרען דעם אדווערטייזער אױך. איך האָב זיך צוקאַכט און דעם ביזנעס־מאַן ערקלערט, אַז ער איז אַ פּיאָווקע, וואָס לעבט פון דעם אַרביי־טער'ם בלוט, און האָב שטאָלץ אַרױסגעמאַרשירט פון זײַן סטאָר.
אַ איד מיט'ן נאָמען סאַנדלער, וועלכער האָט געהאַלטען אַ שוך־סטאָר אױף איסט בראָדװוויי לעבען ראָטגערם, איז פאַרבליבען אין מײַן זכרון, ווײַל איך האָב זיך מיט איהם אָפט געזעהן און געהאַט לאַנגע שמועסען מיט איהם. ער פלעגט מיך פאַנאַנדער־פרעגען װי אַזױ מענשען וועלען לעבען אָהן געלט און ס'וועלען ניט זײַן קיין רײַכע און קיין אָרימע. דער „פּלאַן" איז איהם שטאַרק געפעלען געוװען; און ער פלעגט מיך לאָזען וואַרטען ביז ער פלעגט אָפּ'פּטר'ן אַ קאַסטאָמער, כּדי װוייטער צו הערען וװע־גען די סאָציאַליסטישע משיח'ס־צײַטען; אָבער מעהר װי איין דאָלאַר האָב איך בײַ איהם פאַר זײַן אדווערטייזמענט ניט גע־קענט אַרױסקריגען.
ווען עס איז ערשינען אונזער דריטער נומער, האָבען זיך באַװויזען קאָנסורענטען. עס זײַנען געקומען צווײ יונגעלייט מיט אַכט הונדערט דאָלאַר, וואָם זיי האָבען אָפּגעסיפּט, אַרבייטען־ 243דיג אין אַמעריקאַנער פעקטאָרים, און זיי האָבען געגרינדעט אַ ראַדיקאַלע וואָכען־בלאַט מיט מאָזעם מינץ און אָבעל בראָסלאָװ־סקי אַלם רעדאַקטאָרען. דער נאָמען פון זייער צייטונג איז געוװען „פאָלקס־צייטונג". זיי האָבען געגרינדעט אַן אייגענע דרוקעריי און האָבען פאַרנומען אַ גאַנצען פלאָר. זייער צייטונג איז געוװען פיל גרעסער װי אונזערע, און זיי האָבען אָנגענומען דרוק־אַרבייט פון אַנדערע אױך.
ווען מיר וואָלטען געקענט קריגען עטליכע הונדערט דאָלאַר די צייטונג צו שטיצען די ערשטע מאָנאַטען, וואָלט די „נײַע צײַט" די קאָנקורענץ מסתמא אױסגעהאַלטען. מיר האָבען אָבער ניט פאַרמאָגט קיין סענט. יעדע וואָך האָבען מיר געהאַט שווער צו קעמפען איידער מיר האָבען געקראָגען צו באַצאָלען דעם דרו־קער. ער איז געוװען אַ גאַנץ פרײַנדליכער מענש; אָבער ער איז אַליין ניט געוװען קיין רײַכער. מיט די גרעסטע שווערינקייטען און אַנגסטען האָבען מיר דערצויגען ביז דעם פערטען נומער.
בײַ די שנײַדער איז דאן פאָרגעקומען אַ סטרײַק און די יוניאָן האָט אונזער צייטונג געוואָלט שטיצען, אָבער נעהמען שטיצע פון אַן אַרבייטער־אָרגאַניזאַציע האָבען מיר געהאַלטען פאַר אַ פאַרברעכען; מיר האָבען נאָר גענומען פאַר די אַנאָנסען, וואָם די יוניאָן האָט אַרײַנגעשטעלט, אָבער דאָס האָט די „נײַע צײַט" פון טױט ניט געראַטעוועם.
װאָס פאַר אַ צייטונג איז דאָס געוװען? צו מײַן באַדױערען קען איך ניט קריגען קיין איין קאָפּיע פון דער „נײַער צײַט". איך געדענק אָבער איהר פנים און איהר אינהאַלט. זי האָט ענט־האַלטען די סאַמע התחלה פון סאָציאַליסטישער אַגיטאַציע. מײַן אַרטיקעל אין דעם ערשטען נומער איז געוװען אַ צימליך־נאַאיווער. צוזאַמענבינדענדיג די ערשינונג פון אונזער צייטונג מיט'ן שבועות, האָב איך גערעדט וועגען מתן־תורה; איך האָב די אידי־שע אַרבייטער געזאָגט, אַז די סאָציאַליסטישע געדאַנקען, וועלכע מיר וועלען זיי ערקלערען, דאַרפען זײַן זייער תורה. אַלזאָ, איז אונזער צייטונג אַ נײַע מתן־תורה.
אױסער מײַנע און ראַיעװוסקי'ם אַרטיקלען, האָט דער ערש־ 244טער נומער ענטהאַלטען אַן אַרטיקעל פון אַלעקסאַנדער האַרקאַווי וועגען „די אַרבייטער אין משה רבינו'ם צייטען". אַ פעליעטאָן אין דיזען נומער האָט ענטהאַלטען אַ סאָציאַליסטישען משל מיט אַ נמשל.
די גאַנצע אידישע צייטונגס־ביזנעם איז דאן געוװען זעהר ווייניג ענטוויקעלט. די „קאַפּיטאַליסטישע פּרעסע" פון דעם אי־דישען קוואַרטאָל איז געוװען „די גאַזעטען" — די מוטער פון „טאַגעבלאַט". מיט אַ קורצער צײַט פריהער איז ערשינען אַ צווייטע אידישע צייטונג, אױך אַ „קאַפּיטאַליסטישע". איהר נאָמען געדענק איך ניט. זיי זײַנען ביידע געוװען פון דעם זעלבען סאָרט : אָרטאָדאָקסיש און קליין־שטעדטעלדיג. די שפּראַך איז געוװען אָנגעפּיקעוועט מיט „דייטשמעריש" און מיט שטיקלעך גמרא. ביידע זײַנען געוװען וואָכען־בלעטער. פון אַ טעגליכער אידישער צייטונג האָט זיך נאָך דאן קיינעם ניט גע'חלום'ט.
שפּעטער אַביסעל איז ערשינען אַ דריטע אידישע צייטונג, אױך אַ וואָכען־בלאַט. אױף די סטענדם האָט מען איהר ניט געקענט געפינען. די אורזאַכע דערפון איז געוװען דער כאַראַק־טער פון אייניגע פון איהרע אדווערטייזמענטם. דער רעדאַקטאָר און בעל־הבית האָט איינגערעדט קריסטליכע פירמעם, אַז ער קען זיי געבען אַ „הכשר" אױף אַזאַ סחורה װי שיך אָדער סאָס־פּענדערם און ער האָט װירקליך געדרוקט אַן אדווערטיזמענט, אַז די סאָספּענדערם פון אַ געוויסער פירמע זײַנען אָנערקענט פון רבנים אַלם „כשר'ע". ער פלעגט אָפּדרוקען נאָר אַ קליינע צאָהל קאָ־פּיעם אַזעלכע — נאָר פאַר די אדווערטייזערם. אין די קאָפּיעם, וואָם ער פלעגט שיקען זײַנע אידישע אדווערטייזערם, האָבען זיך דיזע „הכשרים" ניט געפונען. „אידישע" קאָפּיעם האָט ער סתם זוייניג געדרוקט. זײַן הױפּט אײַנקונפט איז געקומען פון די ניט־אידישע.
די „פאָלקס־צייטונג" איז געוװען אַ ראַדיקאַלע אַרבייטער־צייטונג. זי האָט עקזיסטירט לענגער װי די „נײַע צײַט", אָבער אױך ניט זעהר לאַנג — ניט מעהר װי אַ יאָהר דרײַ.