245אין דעם יאָהר 1886 זײַנען אין די פאַראייניגטע שטאַאטען פאָרגעקומען צוויי געשעהענישען, וועלכע האָבען אויפגערודערט דאָס גאַנצע לאַנד און סאָציאַליסטען בפרט. איינע האָט פאַסירט אין שיקאַגאָ; די אַנדערע אין ניו יאָרק. צוויי גאַנץ פאַרשידענע געשעהענישען זײַנען זיי געווען; זיי זײַנען אָבער ארויסגעוואַקסען פון דעם זעלבען וואָרצעל: פון אַ פּראָטעסט-גײַסט, וועלכער האָט זיך אויסגעדריקט אין אַ שאַרפער באַוועגונג פאַר אַן אַכט-שטונדיגען אַרבייטס-טאָג.
אין שיקאַגאָ איז אין דעם דריטען מאַי פון יענעם יאָהר געפאַלען אַ באָמבע אויף פּאָליס-לײַט, אין דעם מאָמענט, ווען זיי האָבען אָפּגעשטעלט אַן „אָפּען-ער" אַרבייטער-מיטינג. נײַן אַנאַרכיסטען זײַנען אַרעסטירט געוואָרען אויף דער באַשולדיגונג אין מאָרד, און זיבען פון זיי האָט מען פאַראורטיילט צום טויט. און אין ניו יאָרק, צום ענדע פון יענעם זומער, האָבען די אַרבייטער אָנגעפיהרט אַ מערקווירדיגען וואַהל-קאַמף פאַר אַ באַריהמטען מאַן, וועמען זיי האָבען ארויסגעשטעלט אַלס זייער קאַנדידאַט פאַר מעיאָר — אַ קאַמף, מיט וועלכען עס האָט גע'רעש'ט ניט ווייניגער ווי מיט דער שיקאַגאָ'ער באָמבע.
בײַדע פאַסירונגען האָבען איבערגעלאָזען אַ טיפען איינדרוק אויף מיר. אויף אַן אינדירעקטען שטייגער האָבען זיי געמאַכט 246אַן איבערקעהרעניש אין מיינע געדאַנקען און מיר געהאָלפען קומען צו קלאָרע איבערצײַגונגען. איך וועל בקיצור איבערגעבען בײַדע היסטאָרישע פאַקטען.
דער יאָהר 1886 איז געווען אַ יאָהר פון אַרבייטסלאָזיגקייט. מאַסען אַמעריקאַנער אַרבייטער זײַנען ארומגעגאַנגען אָהן באַשעפטיגונג. דערצו נאָך האָבען אויף פילע פאַבריקען, וואָו עס איז יאָ געווען אַרבייט, זיך אָנגעפאַנגען סטרײַקס. צווישען די דייטשע אַרבייטער פון שיקאַגאָ איז דאַן געווען; אנטוויקעלט די אַנאַרכיסטישע באַוועגונג, וועלכע האָט ארויסגעשפראָצט פון די אויבענדערמאָנטע „סאָציאַל-רעוואָלוציאָנערע קלאַבס". דער הויפט פיהרער פון דיזער באַוועגונג איז געווען אויגוסט שפּיעז, אַ יונגער דייטש, וועלכער האָט אַ חוץ זײַן מוטער-שפראַך, געקענט אויסגעצייכענט ענגליש, און איז געווען אַ גוטער רעדנער אויף בײַדע שפראַכען. ער איז געווען דער רעדאַקטאָר פון דער שיקאַגאָ'ער דייטשער „אַרבייטער-צייטונג" און דער לײַטענדער גייסט פון דער גאַנצער באַוועגונג.
שפּיעז און עטליכע אַנדערע דייטשען און אַן אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען אַלבערט פּאַרסאָנס, האָבען גענומען אַ לעבהאַפטען אַנטייל אין דער אַכט-שטונדיגער באַוועגונג. פּאַרסאָנס איז געווען דער רעדאַקטאָר פון דעם ענגלישען אַנאַרכיסטישען אָרגאַן „אַלאַרם" (דער וועקער), וועלכער איז אויך ערשינען אין שיקאַגאָ. ער און שפּיעז און עטליכע אַנדערע אַנאַרכיסטען פלעגען געהן פון מיטינג צו מיטינג און האַלטען רעדעס פאַר דעם אַכט-שטונדיגען אַרבייטס-טאָג.
איין מיטינג אַזעלכער איז אין שיקאַגאָ פאָרגעקומען לעבען אַ פעקטאָרי, וואָו עס איז דאַן געווען אַ סטרײַק און וואָו עס האָבען געאַרבייט אייניגע סקעבס. דאָס איז געווען דעם דריטען מאַי, 1886. עס איז ארויסגעקומען אַ צוזאַמענשטויס צווישען די סקעבס און די סטרײַקערס. עס האָט זיך באַוויזען פּאָליציי און זי איז באַגעגנט געוואָרען מיט שטיינער. דאַן האָבען די פּאָליסלייט גענומען שיסען. זעקס מענשען זײַנען געפאַלען טויט און פילע זײַנען פאַרוואונדעט געוואָרען.
שפּיעז האָט דאַן ארויסגעלאָזען אַ פּראָקלאַמאַציע, וועלכע 247האָט זיך אָנגעפאַנגען מיט דעם אויסגעשריי: „נקמה!" ער האָט אויפגעפאָדערט די אַרבייטער זיך צו באַוואָפענען און זיך צו באַשיצען געגען אַטאַקעס.
אַ ספּעציעלער מאַס-מיטינג איז גערופען געוואָרען פאַר דעם נעקסטען אָוונט מיט דעם צוועק צו פּראָטעסטירען צו פאַרדאַמען דעם זעקס-פאַכיגען מאָרד. דער מיטינג האָט שטאַטגעפונען אויף דעם העי-מאַרקעט סקווער. עס איז זיך צוזאַמענגעקומען אַן אונגעהויערע מאַסע מענשען. די רעדעס זײַנען געהאַלטען געוואָרען פון שפּיעז'ען, פּאַרסאָנ'ען און אַן ענגלישען אַנאַרכיסט מיט'ן נאָמען פיעלדען. דער מעיאָר פון שיקאַגאָ, קאַרטער ה. העריסאָן, איז ספּעציעל געקומען אויף דער פאַרזאַמלונג; וואָרים מען האָט זיך געריכט אויף אַ רעיאָט, און ער האָט געוואָלט זעהן וואָס דאָ וועט זײַן. נאָכדעם ווי ער האָט אויסגעהערט אַ פּאָר פון די רעדעס, איז ער אַוועק, ערקלעהרענדיג דער פּאָליציי, אַז די רעדעם זײַנען ניט קיין געפעהרליכע. ביסלעכווייז האָט זיך דער עולם גענומען צוגעהן.
עס איז געבליבען נאָר אַ קליינער קראָוד. די רעדעס זײַנען פאָרטגעזעצט געוואָרען, אַלץ אין דעם זעלבען „ניט-געפעהרליכען" טאָן ווי פריהער. פּלוצלינג האָט זיך באַוויזען אַ גאַנצע מחנה פּאָליס-לײַט און זייער קעפּטיין האָט דעם מיטינג צוטריבען. פיעלדען האָט דאַן געהאַלטען אין ריידען. ער האָט פּראָטעסטירט צום קעפּטיין פאַרוואָס ער פאַרווערט די פאַרזאַמלונג.
„מיר זײַנען דאָך פרידליך", — האָט ער געזאָגט. אין דעם זעלבען מאָמענט האָט געפלאַצט אַ באָמבע. איין פּאָליס-מאַן איז געפאַלען טויט און עטליכע זײַנען פאַרוואונדעט געוואָרען.
די פּאָליציי האָט דאַן גענומען שיסען רעכטס און לינקס און אייניגע פון די אנוועזענדע אַרבייטער האָבען געענטפערט מיט זייערע פּיסטאָלעטען. עס זײַנען געווען טויטע און פאַרוואונדעטע פון בײַדע זייטען. זיבען פּאָליס-לייט זײַנען געפאַלען טויט און זעכציג זײַנען פאַרוואונדעט געוואָרען; און פון די אַרבייטער זײַנען געפאַלען פיער טויטע און אַרום פופציג זײַנען פאַרוואונדעט געוואָרען.
248ווער עס האָט געוואָרפען די באָמבע האָט מען ניט געוואוסט און מען ווייס עד-היום ניט.
מאָריס הילקוויט אין זײַן „געשיכטע פון סאָציאַליזם אין די פאַראייניגטע שטאַאטען" דערצעהלט דאָס פאָלגענדע: „רודאָלף שנאַבעלד, איינער פון די, וואָס זײַנען אַרעסטירט געוואָרען צוליב דער באָמבע, און וועלכער איז אנטלאָפען אין אייראָפּא, איז אַ לאַנגע צייט באַטראַכט געווען אַלס דער מאַן, וואָס האָט די באָמבע געוואָרפען; אָבער זײַענדיג שוין אין אייראָפּא, האָט ער דאָס מעהרערע מאָל אָפּגעלייקענט. פילע האָבען געגלויבט, אַז די באָמבע האָט געוואָרפען אַ פּראָוואָקאַטאָר, וועלכער איז געווען אָנגעשטעלט פון די קאַפּיטאַליסטען און פון דער פּאָליציי מיט דעם צוועק דורך דיזער געשיכטע צוצוברעכען די אַכט-שטונדען-באַוועגונג."
יעדענפאַלס בלייבט די געהיימניס אַ געהיימניס ביז היינטיגען טאָג. די פּאָליציי האָט דאַן אַרעסטירט די פאָלגענדע אַנאַרכיסטען: אויגוסט שפּיעז, אַלבערט פּאַרסאָנס, סעמיועל פיעלדען, מייקעל שוואָב, אדאָלף פישער, דזשאַרדזש ענגעל, לואי לינג, אָסקאַר נעבע, רודאָלף שנאַבעלד, און וויליאַם זעלינגער. די קלאַנגע געגען זיי איז געווען, אַז זיי זײַנען שולדיג אין דעם טויט פון דעם פּאָליס-מאַן, וועלכער איז געפאַלען פון דער באָמבע (דעם פּאָליס-מאַן'ס נאָמען איז געווען דעגען). שנאַבעלד, ווי מיר האָבען געזעהן, איז אנטלאָפען. זעלינגער, ווידער, איז איבערגעגאַנגען צו דער פּאָליציי אַלס עדות געגען די אַנאַרכיסטען און מיט דעם האָט ער געוואונען זײַן לעבען און פרייהייט.
דער טרייעל איבער די אַכט אַנאַרכיסטען האָט זיך אָנגעפאַנגען דעם 21טען דזשון, 1886. דער ריכטער איז געווען דזשאָזעף ע. גערי. דער טרייעל האָט געדויערט נײַן-און-פערצינ טעג. לויט דער באַשולדיגונג איז די באָמבע געווען די פרוכט פון דער אגיטאַציע, וואָס די אָנגעקלאָגטע האָבען אָנגעפיהרט; אַז זיי האָבען אויפגעהעצט דעם עולם צו באַגעהן מאָרד און אַז דעגען'ס טויט איז געווען אַ רעזולטאַט דערפון.
פון אַ געזעצליכען שטאַנדפּונקט איז די באַשולדיגונג געווען געגרינדעט אויף אַ פּשוט'ען אונזין. וואָרים דער 249געזעץ געפאָדערט, אַז מען זאָל באַווייזען, דאָס דער מערדער איז דעם פאַרברעכען באַגאַנגען אונטער דעם איינפלוס פון די באַשולדיגטע. אַלזאָ, איז נויטיג געווען פריהער פון אַלץ צו ענטדעקען ווער עס האָט געוואָרפען די באָמבע. אויב ניט, איז דאָך אונמעגליך צו באַווייזען, אַז ער האָט דאָס געטאָן אונטער דעם איינפלוס פון די אַרעסטירטע. און ווער דער באָמבע-וואָרפער איז געווען האָט מען ניט געהאַט קיין באַגריף.
דער ריכטער איז אָפען געווען פּאַרטייאיש געגען די אָנגעקלאָגטע. לאַיערס, וואָס האָבען זאָגאַר ניט סימפּאַטיזירט מיט די אַנאַרכיסטען, זײַנען געווען אויפגעבראַכט פון דעם שטייגער ווי ער האָט געפיהרט דעם פּראָצעם. אַ ליסט פון קאַנדידאַטען צו דער דזשורי האָט ער געהייסען צוזאַמענשטעלען אויף אַן אונגעזעצליכען אופן. און די דזשורי גופא איז אויסגעקליבען געוואָרען אויף אַזאַ אַרט, אַז מען האָט גלייך געזעהן, דאָס די צוועלף מאַן זײַנען געגען די אָנגעקלאָגטע. קיינע פּראָטעסטען פון די לאַיערס האָבען ניט געהאָלפען.
די קאַפּיטאַליסטען פון שיקאַגאָ און פון גאַנץ אַמעריקא האָבען געפאָדערט בלוט, און דער טרייעל האָט זיך געענדינט לויט זייער וואונש. זיבען פון די אָנגעקלאָגטע זײַנען פאַראורטיילט געוואָרען צום טויט און איינער צו פופצעהן יאָהר געפענגניש.
מיט וואָס די דראַמע האָט זיך געענדינט וועלען מיר זעהן ווייטער.
די ניו יאָרקער פאַסירונג איז פאָרגעקומען ענדע זומער פון דעם זעלבען יאָהר (1886). דאָס איז געווען אַ ריין פּאָליטישע געשעהעניש. אָבער ווי מיר האָבען שוין געזאָגט, האָט מיט 250איהר געשטורעמט איבער'ן לאַנד ניט ווייניגער ווי מיט דער שיקאַגאָ'ער באָמבע.
רופט אָן דעם יאָהר 1886 פאַר אַן אַלטען ניו יאָרקער, און ער וועט זיך גלייך דערמאָנען אָן העגרי דזשאָרדזש'ן מיט זײַן קעמפּיין פאַר מעיאָר. הויפּטזעכליך וועט אַזוי זײַן, אויב דער אַלטער ניו יאָרקער איז אַ פּאָליטישען אָדער אַ קאַטוילישער גלח, אָדער אַ מענש פון אַ פּונקט-פאַרקערטען סאָרט — אַ סאָציאַליסט אָדער אַן אַנאַרכיסט. אַ מערקווירדיגער גערודער האָט זיך פאַנאַנדערגעשפּרייט. אַ נײער מין געשרייען האָט זיך געהערט בײַ דעם וואַהל-קאַמף; נײע סצענעס האָבען זיך באַוויזען, נײע געפיהלען זײַנען ארויסגערופען געוואָרען.
געוועהנליך פלעגט אַן אַמעריקאַנער וואַהל-קאַמף פאָרקומען צווישען די צוויי קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען, די דעמאָקראַטישע און די רעפּובליקאַנישע. אַמאָל פלעגט די ניו יאָרקער אָרגאַניזאַציע פון די דעמאָקראַטען צושפּאַלטען ווערען אויף צוויי פיינדליכע לאַגערען און דאַן פלעגען בײַ די שטאַדט-וואַהלען זײַן דריי קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען. אָבער דאָס האָט דעם כאַראַקטער פון דעם וואַהל-קאַמף ניט געענדערט, וואָרים די פיהרער און קאַכלעפעל זײַנען אַלע געווען די זעלבע פּאָליטישע טיפּען. עס האָט ניט אויסגעמאַכט צו וועלכער פּאַרטי זיי האָבען געהערט. כמעט אַלע האָבען זיי געהאַט די זעלבע שטרעבונג — צו באַראַבעווען די שטאַדט.
דיזען מאָל איז געווען אַ גאַנץ אַנדער ערשיינונג. עס איז געווען אַן ערנסטער צוזאַמענשטויס צווישען צוויי צדדים: איין צד איז באַשטאַנען פון די רייכע און זייערע קאַרופּטע פּאָליטישע משרתים, און דער אַנדערער צד — פון די אַמעריקאַנער אַרבייטער-יוניאָנס און געבילדעטע פאָרשטעהער פון יושר און אָנשטענדיגקייט. עס איז געווען אַ קלאַסען-קאַמף. אַזוי האָבען איהם אָנגערופען בײַדע צדדים און אַלס אַזעלכער איז ער אָנגעפיהרט געוואָרען.
אַז עהרליכע בירגער זאָלען ארויסטרעטען מיט זייערען אַ קאַנדידאַט געגען די פאָרדאָרבענע פּאָליטישענס — דאָס האָט 251פאַר דעם יאָהר 1886 אויך געטראָפען. אָבער פריהער האָבען אַזעלכע ארויסטרעטונגען קיין ממשות ניט געהאַט. דער עולם האָט זיך ניט אינטערעסירט מיט זיי; די פּרעסע האָט זיי פאַרשוויגען — ניט ווייל מיט'ן שווייגען האָט זי געוואָלט דערשטיקען זייער מאַכט (עס איז ניט געווען וואָס צו דערשטיקען), נאָר פּשוט ווייל די ארויסטרעטונגען האָבען קיין באַדייטונג ניט געהאַט אַלס צייטונגס-מאַטעריאַל *.
גאַנץ אַנדערש איז געווען דיזען מאָל. די שטאַדט האָט געפלאַקערט מיט דער קאַנדידאַטור פון העגרי דזשאָרדזש. עס איז געווען אַ וויכטיגע נײעם. אַלזאָ האָבען די צייטונגען געדרוקט גאַנצע קאָלומס וועגען זײַנע מיטינגען און יעדען וואָרט פון די אָפענע בריף, וואָס ער האָט געשריבען צו זײַן הויפּט-געגנער.
די שטאַדט איז געווען צוטיילט אויף צוויי מחנות — פאַר דזשאָרדזש'ען און געגען דזשאָרדזש'ען. און דער קעמפּיין איז געווען ניט אַ פאַיט צווישען צוויי פּאַרטייען, וועלכע רעפּרעזענטירען אייגענטליך די זעלבע קאַרופּטע אינטערעסען, ווי געוועהנליך אַן אַמעריקאַנער קעמפּיין, נאָר אַ שטרייט צווישען פּאָליטישער ריינקייט און קאַרופּציאָן, און צו דער זעלבער צייט אויך צווישען אַרבייט און קאַפּיטאַל.
גאַנץ אַמעריקא איז געווען פאַראינטערעסירט. באַריכטען פון ניו יאָרקער שטאַדט-קעמפּיין זײַנען געווען געדרוקט אין אַלע צייטונגען פון לאַנד.
הגם דזשאָרדזש איז ניט געווען קיין סאָציאַליסט, האָבען זיך פונדעסטוועגען אַלע סאָציאַליסטען אַריינגעוואָרפען אין זײַן קעמפּיין. און הגם איך האָב געמיינט, אַז איך בין מעהר אַנאַרכיסט ווי סאָציאַליסט, און הגם דער אַנאַרכיזם איז געגען וואַהלען, פונדעסטוועגען האָב איך אין דיזען קעמפּיין געאַרבייט מיט אַלע כוחות. איך האָב געזעהן מײַן ווידערשפּרוך. איך האָב זיך 252אָבער ניט געקענט העלפען; איך האָב געפאָלגט מײַנע געפיהלען, ניט מײַנע איבערצײַגונגען. ריכטיגער געזאָגט, קיין איבערצײַגונגען האָב איך נאָך דאַן אייגענטליך ניט געהאַט. און בײַ זיך אין האַרצען האָב איך דאָס געוואואסט גאַנץ קלאָר. איך פלעג אָפט זיך באַקלאָגען פאַר זיך אַליין, אַז בײַ מיר אין קאָפּ איז אַ „סומבור" ווי איך פלעג דאָס אויסדריקען אויף רוסיש — אַ מישעניגע.
דער דזשאָרדזש-קעמפּיין האָט מיר אָבער געהאָלפען דיזען „סומבור" פאַנאַנדערטרייבען. פאַר מײַן פּאָליטישער ערציהונג האָבען יענע עטליכע מאָנאַטען געהאַט אַ גרויסע באַדייטונג.
העגרי דזשאָרדזש, דער פאַרפאַסער פון דעם בוך „פּראָגרעס ענד פּאָווערטי" („פאָרטשריט און אָרימקייט") איז דאַן געווען אויף דעם העכסטען שטאַפעל פון זײַן פּאָפּולערקייט; די טעאָריע, וואָס ער האָט געפּרעדיגט, האָט געהאַט אָנהענגער ניט נאָר אין אַמעריקא, נאָר אויך אין אייראָפּא (איינער פון זיי איז געווען לעוו טאָלסטוי). סאָציאַליסטען האָבען זיך צו דיזער טעאָריע פאַרהאַלטען מיט אַ אירוֹנישען שמייכעל. אָבער דאָס האָט זיי ניט געשטערט צו נעהמען אַן ענערגישען און באַגייסטערטען אַנטייל אין זײַן קעמפּיין, וואָרים אין דיזען קאַמף האָט ער ניט רעפּרעזענטירט זײַן טעאָריע, נאָר די אָרגאַניזירטע אַרבייטער.
אַלס טעאָריע איז בײַ דזשאָרדזש'ען די לאַנד-פראַגע געווען די פראַגע פון אַלע פראַגען, דער ענין פון אַלע ענינים. באַפריי די לאַנד פון די לענד-לאָרדס און אויף דער וועלט וועט קיין אָרימקייט ניט זײַן! — דאָס איז געווען דער עיקר פון זײַן לעהרע.
דאָס הייסט ניט, אַז ער האָט געפאָדערט, מען זאָל טאַקע אַוועקנעהמען בײַ די לענד-לאָרדס זייער לאַנד. ער האָט געגלויבט, אַז מען קען דאָס מאַכען דורך אַ זייטיגען מיטעל. זײַן פּלאַן באַשטעהט אין פאָלגענדען: אָפּשאַפען אַלע טעקסעס, צינ זען, אויסער איינעם — דעם טעקס אויף לאַנד. און דיזער טעקס זאָל זײַן אַזוי הויך ווי דער ווערט פון דעם שטיקעל לאַנד, וואָס איינער האָט. אויב דער ווערט פון אַ געוויסען שטח ערד וואַקסט אויף, זאָל די רעגירונג גלייך אויפהויבען דעם טעקס אַזוי הויך, 253אַז בײַ דעם לענד-לאָרד זאָל גאָרניט בלייבען. ווען דער פּרײַז פון אַ „לאָט" ווערט פאַרגרעסערט דורך דעם, למשל, וואָס אין יענעם געגענד איז אויפגעוואַקסען די באַפעלקערונג, אָדער דורך דעם, וואָס די ביזנעם פון דער סטריט איז פאַרגרעסערט געוואָרען, רופט דזשאָרדזש דאָס אָן „אַ ניט-פאַרדינטע פאַרגרעסערונג". אַלזאָ, פאָדערט ער, אַז מען זאָל דורך טעקסעס בײַ דעם לענד-לאָרד אַוועקנעהמען יעדען ניט-פאַרדינטען סענט אַזעלכען. דורך דעם וועט זיך קיינעם ניט לוינען צו זײַן אַ לענד-לאָרד אָדער צו ספּעקולירען מיט לאַנד. און דאָס וועט ברענגען אַ ישועה אויף דער וועלט: עס וועט אָפּשאַפען רויבעריי און אָרימקייט.
דאָס איז דער גרונד-געדאַנק פון העגרי דזשאָרדזש'ם לעהרע.
אַזוי ווי לויט זײַן טעאָריע דאַרף עקזיסטירען נאָר איין סאָרט טעקסעס, אויף לאַנד, איז זי באַקאַנט אונטער'ן נאָמען „סינגעל-טעקס טעאָריע", די לעהרע וועגען אָן איינציגען טעקס; און איהרע אָנהענגער רופט מען „סינגעל-טעקסערס".
די סאָציאַליסטען האָבען אונטערשטיצט דזשאָרדזש'ם קאַנדידאַטור אויף מעיאָר, אָבער ניט זײַן סאָציאַלע טעאָריע.
ווען מען זאָל היינט זאָגען, אַז די ניט-אידישע אַמעריקאַנער יוניאָנס פון ניו יאָרק האָבען זיך פאַראייניגט ארויסצושטעלען אַ קאַנדידאַט אויף מעיאָר געגען די קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען, וואָלט דאָס אויסגעקומען אונגלויבליך. אָפיציעל מישען זיי זיך ניט אין פּאָליטיק; פּריוואַט אָבער אַרבייטען זיי כמעט אַלע פאַר די קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען. הויפּטזעכליך פאַר טאַמאַני האַלל. ווען איהר רעדט מיט זייערע לידערס וועגען וואָוטס פאַר ספּעציעלע אַרבייטער-קאַנדידאַטען, זאָגען זיי אייך: „ניין, דאָס טאָר מען ניט פּרעדיגען! די יוניאָנס דאַרפען זיך אין פּאָליטיק ניט מישען! פאַר וועלכער פּאַרטי איינער זאָל שטימען, דאָס איז זײַן פּריוואַט זאַך". און דאָך, מיט פערצינ יאָהר 254צוריק האָבען די אַמעריקאַנער יוניאָנס פון ניו יאָרק ארויסגעשטעלט אַ קאַנדידאַט געגען דער דעמאָקראַטישער „טאַ-מאַני-האַלל", געגען אַ צווייטער דעמאָקראַטישער אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט זיך גערופען „קאָונטי דעמאָקראַסי", און אויך געגען דער רעפּובליקאַנישער פּאַרטיי — געגען אַלע קאַפּיטאַליסטישע פּאָליטישע קערפּערשאַפטען פון שטאַדט.
העגרי דזשאָרדזש איז דאָס געווען זייער קאַנדידאַט פאַר מעיאָר. זיי האָבען איהם ארויסגעשטעלט ערנסט און זיי האָבען פאַר איהם געאַרבייט ערנסט.
דער לעזער ווייס שוין, אַז די טרייד-יוניאָנס פון ניו יאָרק זײַנען דאַן געווען פאַראייניגט אין אַ צענטראַלער אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געטראָגען דעם נאָמען „סענטראַל לייבאָר יוניאָן". אונטער דיזען נאָמען איז זייער פאַראייניגונג געבליבען פילע יאָהרען (שפּעטער איז דער נאָמען צוויי מאָל געענדערט געוואָרען).
די דאַמאָלסדיגע פיהרער פון דער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" זײַנען געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז די אַרבייטער מוזען אריינגעהן אין פּאָליטיק אַלס אַרבייטער, אום פּאָליטיש צו פאַר-טיידינען זייערע אינטערעסען. זיי זײַנען געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז צו קעמפּען עקאָנאָמיש אַליין איז ניט גענוג, ווייל האָבענדיג די פּאָליטישע מאַכט, קענען די קאַפּיטאַליסטען פאַר-ניכטען אַלץ, וואָס די אַרבייטער זײַנען אימשטאַנד אויפצוטאָן פאַר זיך דורך זייערע עקאָנאָמישע יוניאָנס. די קאַפּיטאַליסטישע פּאָליטישענס קענען, צום ביישפּיל, שיקען פּאָליס-לייט און מיליץ געגען סטרײַקערס; זיי קענען דורכפיהרען געזעצען, וועלכע זאָלען לייגען שטיינער אין וועג פון דעם טרייד-יוניאָניסטישען קאַמף. אַלזאָ, האָט די „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" גלייך בײַ איהר געבורט נאָמינירט קאַנדידאַטען צום קאָנגרעם, צו דער אַססעמבלי און צו דער באָארד אָוו אָלדערמען פון ניו יאָרק. דאָס איז געווען אין הערבסט פון דעם יאָהר 1882 (איך בין דאַן געווען בלויז עטליכע מאָנאַט אין לאַנד, און האָב פון דיזען פּאָליטישען 255פאַקט אפילו ניט געהערט. וועגען דעם קליוולענד-פאָלדזשער קעמפּיין אויף גאַווערנאָר, וועלכער איז פאָרגעקומען אין דעם זעלבען יאָהר, האָב איך שוין געלעזען און זיך אינטערעסירט מיט איהם, אָבער וועגען די אַרבייטער-קאַנדידאַטען אויף קאָנגרעם, אַססעם-בלי און באָארד אָוו אָלדערמען — ניט. וועגען זיי האָט מען ניט גערעדט. די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט זיך מיט זיי ניט אינטע-רעסירט. די „פאָלקס-צייטונג" האָט, נאַטירליך, געשריבען וועגען זיי, אָבער ניט גענוג צו ציהען די אויפמערקזאַמקייט פון אַזאַ „גרינעם" ווי איך בין דאַן געווען).
די אַרבייטער-פיהרער האָבען געגלויבט, אַז די גרויסע מאַסען אַמעריקאַנער אַרבייטער וועלען זיך אָפּרופען און אין עלעקשאָן-טאָג וועלען זיי שטימען פאַר זייערע אייגענע קאַנדידאַטען. אויף מאָרגען נאָך עלעקשאָן האָט זיך אָבער ארויסגעוויזען, אַז דאָס איז געווען אַ ביטערער טעות. די צאָהל שטימען, וואָס די אַר-בייטער האָבען דאַן געגעבען פאַר זייערע קאַנדידאַטען, איז געווען אַזוי קליין, אַז עס האָט נאָר ארויסגערופען געלעכטער.
אין די נעקסטע פיער יאָהר האָט זיך די „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" אין פּאָליטיק ניט געמישט. דער איינדרוק איז געווען, אַז די אַרבייטער ווילען ניט, אַז זייערע יוניאָנס זאָלען זיך באַ-שעפטיגען מיט אַזעלכע זאַכען.
עס האָט געהייסען אַזוי: יעדער אַרבייטער האָט זיך זײַן פּאַרטיי, אַזוי ווי ער האָט זיך זײַן רעליגיאָן; און פּונקט ווי ער וואָלט ניט וועלען ליידען, אַז זײַן יוניאָן זאָל איהם זאָגען אַ דעה צו וועלכען גאָט צו דאַווענען, אַזוי וויל ער ניט ליידען, אַז זײַן יוניאָן זאָל איהם זאָגען אַ דעה פאַר וועלכער פּאַרטיי צו שטימען. אי די קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען צוברעכען זײַנע סטרײַקס? אי, שטימענדיג פאַר זיי, פאַרגרעסערט ער די מאַכט פון זײַנע שונאים? — האָט זיך אָבער דער אַמעריקאַנער אַרבייטער אזעל-כע פראַגען ניט געשטעלט; און צו די וואָס האָבען זיי יאָ גע-שטעלט, האָט ער זיך ניט צוגעהערט.
אין דער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" זײַנען אָבער געווען 256מענשען, וועלכע האָבען די זאַך פאַרשטאַנען בעסער און זיי האָ-בען ניט אויפגעהערט אָנצופיהרען זייער אַגיטאַציע.
מען דאַרף באַמערקען, אַז די פיהרער פון די דייטשע יוניאָנס האָבען אין דיזער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" געשפּילט אַ וויכ-טיגע ראָלע און דיזע דייטשע יוניאָנס זײַנען געווען שטאַרק דורכגעדרונגען מיט סאָציאַליסטישע אידעען. די דייטשע באַ-פעלקערונג אין ניו יאָרק איז דאַן געווען גרוים, וואָרים די אימי-גראַציע פון דייטשלאַנד נאָך אַמעריקא איז געווען גרוים, און דיזע אימיגראַציע האָט אריינגעבראַכט אַ סך סאָציאַליסטען. זיי האָ-בען דאָס געגרינדעט די דייטשע „פאָלקס-צייטונג" און אונטער זייער איינפלום איז דער סאָציאַליזם צווישען די דייטשע אַרביי-טער אין ניו יאָרק געווען שטאַרק פאַרשפּרייט. אַלזאָ, האָבען די דייטשע מיטגלידער פון דער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" געהאַט אַ וויכטיגען איינפלום. זיי זײַנען אָבער ניט געווען די איינציגע. עס זײַנען דאַן געווען אַמעריקאַנער טרייד-יוניאָניסטען, וואָס האָ-בען אויך געפיהלט די נויטוועדינגקייט פון אַן אַרבייטער-פּאַרטי בײַ די וואַהלען, הגם קיין סאָציאַליסטען זײַנען זיי ניט געווען.
געוויסע סטרײַקס האָבען געעפענט די אויגען בײַ פילע אַמעריקאַנער טרייד-יוניאָניסטען, וועלכע זײַנען פריהער אין די-זער פראַנע געווען ווייניג פאַראינטערעסירט. די סטרײַקס זײַנען צושלאָגען געוואָרען דורך דער פּאָליציי און דורך אַנדערע פאַר-פאָלגונגען, אין וועלכע די קאַפּיטאַליסטישע מאַכט האָט געברויכט איהר אייזערנע האַנד. פילע אַרבייטער האָבען זיך איבערצײַגט, אַז כל זמן די קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען וועלען האָבען די רע-גירונג אין זייער האַנד, וועט יעדער סטרײַק זײַן געשטערט.
מען איז אַלץ מעהר געקומען צום באַוואוסטזיין, אַז דער פּאָליטישער קאַמף איז פאַר דעם אַרבייטער פּונקט אַזוי נויטיג ווי דער עקאָנאָמישער. ציל-באַוואוסט אויפ'ן סאָציאַליסטישען שטייגער זײַנען געווען נאָר די דייטשע דעלעגאַטען פון דער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן"; אָבער דעם קלאַסען-קאַמף-גייסט פון דער באַוועגונג האָבען אפילו די ניט-דייטשע דעלעגאַטען אויך געפיהלט.
257דער רעזולטאַט איז געוועווען, אַז אויף אַ מיטינג פון דער „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" איז אַפּאָינטעד געוואָרען אַ קאָמיטע אויסצואַרבייטען אַ פּלאַן וועגען אַרײַנגעהן אין פּאָליטיק. די קאָמיטע האָט שפּעטער אָפּגעגעבען איהר באַריכט, און עס איז פאַררופען געוואָרען אַ קאָנפערענץ, צו וועלכער מען האָט צוגעלאָזען נאָר אַרבייטער־דעלעגאַטען.
די קאָנפערענץ האָט שטאַטגעפונען אין אוגוסט. הענרי דזשאָרדזש'ס נאָמען איז געווען בײַ פילע דעלעגאַטען אויפ'ן צונג. ענדליך איז באַשלאָסען געוואָרען צו שיקען צו איהם אַ קאָמיטע און פרעגען צי ער וועט אָננעהמען אַ נאָמינײשאָן פאַר מעיאָר. זײַן ענטוואָרט איז געווען, אַז אויב דרײַסיג טויזענט וואָטערס וועלען זיך אונטערשרײַבען, אַז זיי פאַרלאַנגען איהם צו האָבען אַלס קאַנדידאַט, וועט ער אָננעהמען. ווען ער זאָל גלאַט אַזוי „לויפען" אַלס דעלעגאַט פון די אַרבייטער, וואָלט מען זײַן קעמ־פּיין געשאַנקען ווייניג אויפמערקזאַמקייט, האָט ער ערקלעהרט.
די בירגער האָבען אַ כלל, אַז נאָר קאַנדידאַטען פון די גרוי־סע, שטאַרק־אָרגאַניזירטע, רײַכע פּאָרטייען האָבען אַ ממשות. זיי זײַנען צוגעוואוינט צום געדאַנק, אַז ווען אַ נייע פּאָרטי גזהט אין די וואָהלען, באַקומט זי אַ גאַנץ קליינעם וואָוט; מען נעהמט איהר קעמפּיין ניט ערנסט. אום מען זאָל זײַן קאַנדי־דאַטור נעהמען ערנסט, פאַרלאַנגט ער דעריבער, אַז מען זאָל ווײַזען די בירגער פון שטאַדט, אַז הינטער איהם שטעהען ווייניג־סטענס דרײַסיג טויזענט סיטיזענס.
זײַן פאָרשלאַג איז אָנגענומען געוואָרען און מען האָט אָנגע־הויבען צו קלײַבען אונטערשריפטען. דער רעזולטאַט איז געווען מעהר ווי דרײַסיג טויזענט, און הענרי דזשאָרדזש איז געוואָרען דער קאַנדידאַט. עס האָט זיך גענומען קאָכען. אַלע יוניאָנס זײַנען געוואָרען „בּיזי" בײַ דעם קעמפּיין נאָך איידער די קאָפּי־ 258טאַליסטישע פּאַרטייען האָבען אַרויסגעשטעלט זייערע קאַנדי־דאַטען.
די סאָציאַליסטען האָבען הענרי דזשאָרדזש'ם „סינגעל־טעקס" פאַרבויגען אָן אַ זייט, און אָנגענומען זײַן קאַנדידאַטור. דאָס זעלבע איז געווען מיט זײַנע מאַסען אָנהענגער אין אַלגע־מיין. ער האָט טאַקע גערעדט וועגען דער לאַנד־פראַגע. אָבער די גרויסע מאַיאָריטעט פון די וואָס האָבען אונטערשטיצט זײַן קעמפּיין, האָט זיך מיט דיזער פראַגע ניט אינטערעסירדט. מען האָט איהם אונטערשטיצט ניט צוליב זײַן טעאָריע, נאָר טראָץ זײַן טעאָריע. מען האָט איהם אונטערשטיצט אַלס אַ פאָרשטעהער פון רײַנקייט און עהרליכקייט בײַ די וואָהלען, אַלס אַ געגענזאַץ צו דער קאָרופּציאָן און רויבעריי פון די אַנדערע פּאָרטייען. פאַר סאָציאַליסטען, ווידער, איז דער עיקר געווען דער פאַקט, אַז ער איז דער קאַנדידאַט פון דעם אַרבייטער־קלאַס. אַלס אַזעלכען האָט איהם די סאָציאַליסטישע אַרבייטער־פּאָרטי אָנגענומען. איהר דייטשער אָרגאַן „די פּאָלקס־צייטונג" האָט ענערגיש געאַרבייט פאַר איהם, און איהר זונטאַג־רעדאַקטאָר, דער טאַלאַנטפולער רוס, סערגעי שעוויטש, וועלכער איז געווען דער בעסטער רעדנער פון דער פּאָרטי, האָט געהאַלטען אָגי־טאַציאָנס־רעדעס פאַר איהם.
דערנאָך איז געגרינדעט געוואָרען אַ טעגליכער ענגלישער אָרגאַן מיט'ן נאָמען „לידער", ספּעציעל צו דינען דעם דזשאָרדזש קעמפּיין. די גרינדער זײַנען אייגענטליך געווען די אַרויסגעבער פון דער „פּאָלקס־צייטונג", די דייטשע סאָציאַליסטען; און די רעדאַקציע און אָפים פון דעם „לידער" זײַנען געווען אין דער געבײַדע פון דער „פּאָלקס־צייטונג". פאַר דעם רעדאַקטאָר פון דעם „לידער" האָט מען געמאַכט שעוויטש'ן.
דער דזשאָרדזש־קעמפּיין האָט זיך אייגענטליך צופלאַקערט נאָך איידער הענרי דזשאָרדזש האָט אָנגענומען די נאָמינײשאָן.
בשעת מען האָט געזאַמעלט די אונטערשריפטען, האָט די „סענטראַל לייבאָר יוניאָן" איהם אײַנגעלאַדען צו „רעוויוען" 259איהר „לייבאָר־דעי"־פּאַראַד, דעם ערשטען מאָנטאָג אין סעפּ־טעמבער; און ער האָט אָנגענומען. לייבאָר־דעי איז דאַן געווען אַ נייעס. און דער טאָג איז געפייערט געוואָרען ניט נאָר פון סאָציאַליסטען, נאָר פון די קאָנסערוואַטיווע יוניאָנס אויך. אַלזאָ, האָבען אַלע אַרבייטער־אָרגאַניזאַציעס יענעם טאָג געהאַט אַ גרוי־סען פּאַראַד מיט מוזיק און מיט פאָהנען; און דאָס אַלץ איז אויסגענוצט געוואָרען אַלס אַ הענרי דזשאָרדזש דעמאָנסטראַציע.
ניט קיין הויכער, אַ פּולער, מיט ברייטע שולטערען, מיט אַ פליכעוואַטע קאָפּ, מיט אַ קיילעכדיגער געזיכט און אַ געדיכטער ברוינער באָרד, איז ער געשטאַנען אויף דער פּלאַטפאָרמע, אויף יוניאָן סקווער, נײַגענדיג זיך פאַר די טויזענטער און טויזענטער, וואָס האָבען פאַרבייימאַרשירט מיט הורא־געשרייען און אַפּלאָדיס־מענטען פאַר איהם.
שפּעטער, ווען ער האָט שוין געהאַט אָפיציעל אָנגענומען זײַן נאָמינײשאָן, האָט זײַן טעטיגקייט אין דעם קעמפּיין זיך פיל פאַרשטאַרקט.
די קאַפּיטאַליסטישע פּאָרטייען האָבען זיך דערשראָקען. דאָס איז דייטליך געוואָרען פון דעם פאָלגענדען פאַקט: די צוויי פיינדליכע דעמאָקראַטישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבען דאַן עק־זיסטירט אין ניו יאָרק, „טאַמאַני־האָלל" און „קאַונטי דעמאָ־קראַסי", האָבען געמאַכט שלום, אום צו אַרבייטען מיט פאַראיי־ניגטע קרעפטען געגען הענרי דזשאָרדזש'ס קאַנדידאַטור.
אַלס קאַנדידאַט אויף מעיאָר האָבען זיי אַרויסגעשטעלט אַ בכבוד'ען אָנשטענדינגען און געבילדעטען בעל־הבית מיט'ן נאָ־מען אייברעהעם ס. יואיט. ער איז געווען אַן איידעם פון דעם באַריהמטען פילאַנטראָפּ פּיטער קופּער, און איז אין קאָרופּטע „פּאָליטיקס" קיינמאָל ניט געווען פאַרמישט. ער איז געווען זייער לעבעדינגער אַנטוואָרט אויף דער באַשולדיגונג, אַז זיי זײַנען אַ קאָרופּטע געזינדעל.
און די רעפּובליקאַנער האָבען אויך אַזוי געטאָן. זיי האָבען אָנאַר אַרויסגעשטעלט אַ קאַנדידאַט, וועלכער האָט זיך פּאָפּולער געמאַכט מיט זײַן קאַמף געגען אונעהרליכע פּאָליטישענס. דאָס 260איז געווען ניט קיין אַנדערער ווי דער צוקונפטיגער פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַאַטען, טהעאָדאָר רוזוועלט. ער איז נאָך דאַן געווען אַ גאַנץ יונגער מאַן, ער האָט אָבער שוין געצויגען אויפ־מערקזאַמקייט אַלס פּאָליטישער קעמפּער, הגם ער האָט געהערט צו דער אַריסטאָקראַטיע און די אַריסטאָקראַטיע האָט זיך מיט פּאָליטיק ווייניג באַשעפטיגט. ער איז געווען איינער פון די יונגע רעפּוב־ליקאַנער, וואָס האָבען אָנגעפיהרט דעם „אויפשטאַנד" געגען דזשייטמס דזש. בלעין'ען. ער איז דאַן געווען אַן אַסעמבלימען. איצט, אַלזאָ, האָט מען איהם נאָמינירט אַלס מעיאָר פון ניו יאָרק.
איבעריגענס האָט דזשאָרדזש די רעפּובליקאַנער קיין שאָדען ניט געקענט טאָן. די שטאָאדט ניו יאָרק שטימט מייסטענס דע־מאָקראַטיש. ניו יאָרקער אַרבייטער האָבען אימער געוואָוט פאַר דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטען. דאָס וואָס זיי האָבען דיזען מאָל געשטיצט הענרי דזשאָרדזש'ען, איז דעריבער געווען אַ געפאַהר פאַר די דעמאָקראַטען, אָבער ניט פאַר די רעפּובליקאַנער. פאַר זיי וואָלט פון דעם געקענט אַרויסקומען אַ טובה: דזשאָרדזש זאָל, צום ביישפּיל, אָפּציהען אַ סך וואָוטס פון יואיט'ען, און פאַר דזשאָרדזש'ען אַליין די וואָוטס ניט זײַן גענוג אויף עלעק־טעד צו ווערען, אָבער דורך דעם זאָל אויסקומען אַזוי, אַז רוז־וועלט זאָל האָבען אַ מאַיאָריטעט.
הענרי דזשאָרדזש האָט יואיט'ען אַרויסגערופען אויף אַ דע־באַטע. יואיט האָט געענטפערט, אַז ער נעהמט ניט אָן. ער האָט דאָס אָבער געטאָן דורך אָן אָפענעם בריף אין די צייטונגען, און דאָס האָט הענרי דזשאָרדזש'ען גענעבען אַ געלעגענהייט צו ענט־פערען אויך מיט אָן אָפענעם בריף אין דער פּרעסע. ער האָט פאָרגעשטעלט יואיט'ען אַלס אַ פיהרער פון די רײַכע קלאַסען און אַלס קאַנדידאַט פון די קאָרופּטע פּאָליטישענס. זײַנע באַ־שולדיגונגען זײַנען געווען אַזעלכע שווערע, אַז איבערלאָזען זיי אָהן אַן אַנטוואָרט האָט יואיט שוין ניט געקענט. האָט ער ווידער געענטפערט — שאַרפער ווי פריהער. און אַזוי איז דאָס געגאַנ־גען ווייטער. אַלע דיזע בריף זײַנען געווען געדרוקט אין אַלע צייטונגען. די דעבאַטע, פון וועלכער דער דעמאָקראַטישער 261קאַנדידאַט האָט זיך ענטזאָגט, איז אַלזאָ פאָרט פאָרגעקומען, ניט אין אַ האַלל, נאָר אויף די קאָלומס פון דער גאַנצער פּרעסע פון לאַנד — ניט נאָר פאַר דער גאַנצער שטאָאדט, נאָר פאַר גאַנץ אַמעריקא. דער עולם האָט די בריף געלעזען מיט דעם טיפסטען אינטערעס, געלעזען און דיסקוטירט. וואו מען איז געשטאַנען און וואו מען איז געגאַנגען, האָט מען געהערט די נעמען הענרי דזשאָרדזש און יואיט.
אין אַלע זײַנע בריף האָט יואיט הענרי דזשאָרדזש'ען כאַ־ראַקטעריזירט אַלס דעם קאַנדידאַט פון סאָציאַליסטען, אַנאַרכי־סטען, קאָמוניסטען. ער האָט ערקלעהרט, אַז ער רעפּרעזענטירט די, וואָס וואָלטען מיט זייער הערשאַפט רואינירט די געזעל־שאַפט; און וועגען זיך האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט אָנגענומען די קאַנדידאַטור, אום צו ראַטעווען די געזעלשאַפט פון סאָציאַ־ליסטען, אַנאַרכיסטען, קאָמוניסטען.
אין הענרי דזשאָרדזש'ס לאַגער האָט מען אויפגענומען דעם איראָנישען אויסדרוק „דער רעטער פון דער געזעלשאַפט". און דיזע ווערטער, אין אַ טאָן פון שפּאָט און האַס, האָבען געהילכט אויף אַלע דזשאָרדזש־מיטינגען.
די געשריבענע דעבאַטע צווישען די צוויי קאַנדידאַטען איז, אַלזאָ, געווען אַ דעבאַטע צווישען אַ פאָרשטעהער פון קאַפּיטאַל און דעם פּאָליטישען זומפ פון איין זייט, און פון די אַרבייטער, עהרליכקייט און פאָרטשריט — פון דער אַנדערער זייט. הענרי דזשאָרדזש'ס בריף צו יואיט'ען האָבען ענטהאַלטען געדאַנקען, אונטער וועלכע סאָציאַליסטען האָבען זיך געקענט אונטערשרײַבען מיט'ן גאַנצען האַרצען. וועגען זײַן „סינגעל־טעקס" האָט ער אין זיי ניט דערמאָנט. ווען הענרי דזשאָרדזש וואָלט געווען אַ סאָציאַליסט, וואָלט ער די סאָציאַליסטען ניט געקענט מעהר צופרידענשטעלען ווי ער האָט זיי צופרידענגעשטעלט מיט זײַנע אָפענע בריף צו יואיט'ן.
בעת איך שרײַב דיזע ווערטער, האָב איך פאַר זיך די דאָזיגע בריף. זיי געפינען זיך אין אַ באַריכט איבער דעם גאַנצען קאַמף — אַ בוך, וועלכער איז פאַרעפענטליכט געוואָרען אַ קורצע צייט נאָך 262דעם קעמפּיין און וועלכער איז בײַ מיר פאַרבליבען פון יענע צייטען.
„זעהט איהר דען ניט, מר. יואיט, — שרײַבט הענרי דזשאָרדזש, — זעהט איהר דען ניט די בערג פּלאַסטער־שטיינער, וועלכע ליגען איצט אויף פילע גאַסען? זעהט איהר דען ניט ווי דער סטריט־דעפּאַרטמענט פון אונזער שטאָאדט־רעגירונג איז פון העלער הויט בײַזי געוואָרען? און ווייסט איהר דען ניט, אַז דיזע פּלוצליכע טעטיגקייט פאַר עלעקשאָן־צייט איז אַ טייל פון אַ סיסטעם דורך וועלכער אַרימע לייט ווערען אונטערגעקויפט מיט דזשאָבס? מ'ניט זיי אַרבייט אויף עטליכע טעג, כדי זיי זאָלען שטימען פאַר די טאַמאַני־האָל קאַנדידאַטען. און ווייסט איהר דען ניט, אַז פילע פון די בירגער צווינגט מען צו שטימען פאַר אייך? אַז ניט, סטראַ־שעט מען זיי, אַז זיי וועלען פאַרלירען זייערע דזשאָבס. צי דען ווייסט איהר דאָס ניט? און ווייסט איהר דען ניט, אַז דאָס געלט, וואָס געהט אויף דיזער קאָרופּציע און מיט וועלכען מען קלייבט זיך מיר נידערצושטימען, קומט פון די רײַכע?"
יואיט האָט אין זײַנע בריף מעהרערע מאָל אָנגעוויזען אויף דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע און די מערדערייען, וועלכע זײַ־נען באַגאַנגען געוואָרען אין איהר „שרעקענס־הערשאַפט". מיט דעם האָט ער געפרובט איבערשרעקען די ניו יאָרקער בירגער. אויב הענרי דזשאָרדזש זאָל עלעקטעד ווערען, האָט ער זיי גע־סטראַשעט, וועט דאָס שטאַרק מאַכען די סאָציאַליסטען, אַנאַר־כיסטען און קאָמוניסטען, וועלכע שטרעבען צו אַזאַ רעוואָלוציע ווי די פראַנצויזישע. הענרי דזשאָרדזש האָט אין זײַן ענטפער פון דיזען סטראַשונאַק חוזק געמאַכט. ער האָט באַוויזען, אַז דאָס זײַנע צבועצקע רייד.
ער האָט גערעדט וועגען אַ קלאַסען־קאַמף, און יואיט האָט אין זײַנע בריף און רעדעס געמאַכט אַ גוואַלד, אַז דער קאַנ־דידאַט פון די אַרבייטער העצט אויף איין טייל פון דער געזעל־שאַפט געגען דער אַנדערער.
געגען דזשאָרדזש'ס ווערטער וועגען דיזען פּונקט האָט יואיט געבראַכט אַ טייל פון אַ רעדע פון אַ גוט־באַקאַנטען אַרבייטער־ 263פיהרער, נעמליך, פון טשיעף אַרטהור, דעם דאַמאָלסדיגען פּרעזי־דענט פון דער יוניאָן פון לאָקאָמאָטיוו אינזשיניערס, וועלכע איז די וויכטיגסטע אָרגאַניזאַציע פון אַלע אייזענבאַהן־אַרבייטער אין לאַנד. דיזער טשיעף אַרטהור איז געווען באַקאַנט אַלס רעאַק־ציאָנער, און אין יענער רעדע האָט ער געזאָגט דאָס פאָלגענדע:
„מיר האָבען ניט קיין סימפּאַטיע מיט די מענשען, וועלכע טענה'ען, אַז די רײַכע זײַנען פאַרפליכטעט צו געבען די אָרימע אַ מעגליכקייט צו מאַכען אַ לעבען. מען זאָגט און מען שרײַבט אַ סך וועגען דער שנאה צווישען קאַפּיטאַל און אַרבייט. לויט מײַן מיינונג איז אַזאַ זאַך אויף דער וועלט ניטאָ. עס זײַנען פאַראָן מענשען וואָס האָבען ליב צו אַרבייטען און ס'זײַנען פאַראָן פוילערס; די פיינדשאַפט צווישען אַרבייטער און קאַפּיטאַליסטען עקזיסטירט נאָר אויף אַזוי וניים ווי די פוילערס העצען אויף די אַרבייטער."
די הענרי דזשאָרדזשיסטען האָבען געדונגען טשיקעורינג האָל (אויף פינפטער עוועניו און 19טער סטריט) אויף אַ געוויסען אָוונד, וועלכער איז אַנאַנסירט געוואָרען אַלס די צייט פון דער דעבאַטע, און יואיט איז אויפגעפאָדערט געוואָרען ער זאָל קומען. יענעם אָוונד איז דער האָל געווען געפּאַקט. דזשאָרדזש איז געקומען. יואיט אָבער ניט. דזשאָרדזש האָט געהאַלטען אַ לאַנגע רעדע און געענטפערט אויף פראַגען פון פּובליקום.
מיר, רוסישע סאָציאַליסטען, און כמעט אַלע אינטעליגענטע אימיגראַנטען, זײַנען געווען באַגייסטערט פאַר'ן הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין. איך בין געווען זעהר טעטיג.
איך האָב שוין געזאָגט, אַז דער פיהרער פון דער סאָציאַלי־סטישער באַוועגונג, אונזער לאַנדסמאַן, דער גלענצענדער רעדנער, סערגעי שעוויטש, האָט אַדרעסירט גרויסע הענרי דזשאָרדזש פאַר־זאַמלונגען. איך האָב בײַגעוואוינט יעדע פון זיי. אָבער ספּע־ציעל געדענק איך אַ מיטינג, וועלכער איז אָפּגעהאַלטען געוואָרען אין מיטען וואָלל סטריט, אין אַ שבת בײַטאָג. די פּלאַטפאָרמע איז געווען אויפגעשטעלט אויף די טרעפּ פון דער סאָב־טרעזשורי, 264לעבען דעם אויבען־דערמאָנטען מאָנומענט נאָך דזשאָרדזש וואָ־שינגטאָנ'ען, כמעט אַנטקעגען דער בערזע. דאָס איז דער רעכ־טער מיטעל־פּונקט פון אַמעריקא'ס געלד־וועלם. איך בין געווען אויף דער פּלאַטפאָרמע, און האָב פאַרשריבען שעוויטש'עס רעדע מיט'ן צוועק איהר צו דרוקען נאָכהער אין אַ ליפלעט.
די „נייע צייט" איז דאַן שוין געווען אונטערגעגאַנגען. די וועכענטליכע אידישע צייטונג, מינץ'ס און ברעסלאווסקי'ס „פּאָלקס־צייטונג", האָט פאַרנומען איהר פּלאַץ און אין דיזען קעמפּיין האָט זי געדינט אַלס דער אידישער אָרגאַן פון די סאָ־ציאַליסטען.
יענער קעמפּיין איז פאַרבונדען אין מײַן זכרון מיט דעם נאָמען דעניעל דע־ליאָן; וואָרים דיזער מאַן, וועלכער האָט מיט זעקס, זיבען יאָהר שפּעטער אָנגעהויבען צו שפּילען אַזא גרויסע ראָלע אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג פון אַמעריקא, האָט זיך פאַר די סאָציאַליסטען דאַן באַוויזען צום ערשטען מאָל, און ניט אַלס אַ סאָציאַליסט, נאָר אַלס אַ „סינגעל־טעקסער".
ער האָט זיך פאַר אונז באַוויזען אין אַ זונטאָג בײַטאָג, אין 68 איסט בראָדוויי, אויף דעם ערשטען פלאָר. מיר, אידישע ראַדיקאַלען זײַנען דאָרטען געווען פאַרזאַמעלט מיט דעם צוועק צו אָרגאַניזירען אונזער אַרבייט פאַר דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין. אין מיטען פון די רעדעם זײַנען אַרײַנגעקומען צוויי אונבאַקאַנטע מענשען אַלס אַ קאָמיטע. איינער פון זיי איז געווען אַ מאַן פון מיטעלען וואוקס, מיט אַ שעהנעם אידישען פּנים, מיט אַ שעהנער שוואַרצער באָרד און גרויסע אויגען; און דער צווייטער—אַ בלאָנדער יונגערמאַן, אויך מיט אַ אידישען פּנים. דער ערשטער איז געווע דעניעל דע־ליאָן. ער האָט דאַן געהאַט אַ שטעלע אַלס לעקטשורער איבער אינטערנאַציאָנאַלער יו־ריספּרודענץ אין קאָלאָמביא קאָלעדזש. ער האָט אונז ערקלעהרט, 265אַז ער און זײַן באַגלייטער קומען פון די „סינגעל־טעקסערס", וועלכע פאַרלאַנגען, אַז מיר זאָלען זיך פאַראייניגען מיט זיי.
איך האָב גענומען דאָס וואָרט און האָב געזאָגט אונגעפעהר דאָס פאָלגענדע: מיר באַטייליגען זיך אין דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין ניט אַלס „סינגעל־טעקסערס", נאָר אַלס סאָציאַליסטען, און מיר מוזען געהן באַזונדער: מיר קענען זיך מיט קיין „בּור־זשואַזע" הענרי דזשאָרדזשיסטען ניט פאַראייניגען.
נאָך דעם מיטינג האָב איך געהערט, אַז דע־ליאָן איז ניט קיין איד, נאָר אַ שפּאַניער, פון זיד־אַמעריקא.
מיט יאָהרען שפּעטער, ווען דע־ליאָן איז שוין געווען אַ סאָציאַליסט און מיר זײַנען געווען באַפריינדעט, פלעגט ער מיר דערמאָנען אָן יענעם מיטינג און די רעדע, וואָס איך האָב געהאַל־טען געגען איהם און זײַן באַגלייטער.
איינע פון די אונפאַרגעסליכע פיגורען אין דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין איז געווען אַ קאַטוילישער גלח, פּאַדהער מעק־גלין. ער האָט געאַרבייט אין דעם קאַמף מיט אַ מערקוויר־דיגער באַגייסטערונג; און זײַנע האַרציגע רעדעס און נאָבעלע פּערזענליכקייט האָבען אַרײַנגעבראַכט אַ באַזונדערע פּראַכט אין דער אַגיטאַציע.
ער האָט הענרי דזשאָרדזש'ען בוכשטעבליך פאַרגעטערט. בײַ זיך אין האַרצען האָט ער איהם געוויס געשטעלט פיל העכער ווי דעם פּאַפּסט פון רוים. ער פלעגט איהם שילדערען אַלס איינעם פון די גרעסטע מענשען, וואָס זײַנען ווען עס איז געבאָרען געוואָרען אויף דער וועלט. אַ הויכער, אַ דיקער, מיט ברייטע שולטערען, מיט אַ גרויסען, גוטען גלח'שען פּנים, און געקליידט אין זײַנע לאַנגע, שוואַרצע, גלח'שע בגדים, פלעגט ער פון דער פּלאַטפאָרמע אויף מיר מאַכען אַן איינדרוק, אַזוי ווי ער וואָלט געווען ניט קיין גלח, נאָר אַ פרייהייטס־נביא. זײַן נאָמען און זײַנע ווערטער האָבען צוגעצויגען אַ סך פרומע איירישע צו דער דזשאָרדזש־באַוועגונג. פון דער אַנדערער זייט זײַנען אַנדערע קאַטוילישע גלחים אַרויסגעטראָטען געגען הענרי דזשאָרדזש'ען. טאַמאַני האָלל, וועלכע האָט אַ שטאַרקען איינפלוס אויף דער 266קאַטוילישער קירכע אין ניו יאָרק, האָט אויף זיי געווירקט, אַז זיי זאָלען טעטיג אַרבייטען געגען פּאַדהער מעק־גלין'ם אַגיטאַציע. ענדליך איז אַרטש־בישאָפּ קאָרריגען, דער הויפּט פון דער קאַ־טוילישער קירכע אין אַמעריקא, אויך אַרויסגעטראָטען געגען דזשאָרדזש'ען. ער האָט אין דער פּרעסע פאַרעפענטליכט אַ בריף, אין וועלכען ער האָט געלאָזט וויסען אַלע קאַטאָליקען, אַז די קאַטוילישע קירכע איז געגען איהם.
דעם אַרטש־בישאָפּ'ס אָפיציעלער בריף דעם קעמפּיין צוגעגעבען אַ נײַעם שטורמדיגען כאַראַקטער. פילע קאַטאָליקען, וועלכע האָבען סימפּאַטיזירט מיט הענרי דזשאָרדזש'ען, האָבען זיך דערשראָקען און פאַרלאָזען זײַן מחנה. און די אַנדערע האָ־בען גענומען אַרבייטען פאַר דזשאָרדזש'ען מיט נאָך מעהר ענערגיע.
ענדליך איז געקומען דער טאָג פון די וואָהלען. די פּאָליטישענס האָבען געאַרבייט אויף אַלע כלים. געלט איז געפלויגען אָהן אַ שיעור דער שטימען־מאַרק האָט געקאָכט. דער פּרייז אויף אַ טאַמאַני־וואָוט איז געשטיגען. פילע דזשאָרדזש־מענשען זײַנען באַרויבט געוואָרען פון זייערע שטימען. ווען זיי זײַנען אַרײַנגעקומען וואָוטען, האָבען די אָפיסערס זיי ערקלעהרט, אַז לויט דעם בוך וואו מען פאַרשרײַבט די וואָוטס, האָבען זיי שוין זייערע שטימען אָפּגעגעבען (דאָס הייסט, אַז אויף זייערע נעמען האָבען געוואָוט אַנדערע — פאַר יואיט'ן). פּראָטעסטען, באַווייזען, געשרייען האָבען ניט געהאָלפען.
ענדליך איז געוואָרען אָוונד; מען האָט גענומען צעהלען די אָפּגעגעבענע וואָוטס, און דאַן האָבען זיך אָנגעפאַנגען נײַע שווינדלען, נײַע אָפענע רויבערייען.
איך בין אַרומגעלאָפען פון „פּאָלינג פּלייס" צו „פּאָלינג פּלייס" און האָב עטליכע מאָל באַזוכט די הויפּט־קוואַרטיר פון די דזשאָרדזשיסטען, אויף דער אַכטער סטריט לעבען בראָדוויי.
267דערנאָך בין איך געגאַנגען אויף אַ צווייטען צענטער פון אונזער קאַמף, אויף לאַפאַיעט פּלייס. איך האָב געהאַט באַוויזע, אַז דאָרטען און דאָרטען האָט מען הענרי דזשאָרדזש'ן באַשווינדעלט. דער קאָמיטע־מאַן האָט אויסגעהערט מיר און אַנדערע פריינד, און אַלץ פאַרשריבען. ער האָט עס אָבער געטאָן מיט אַ מינע פון האָפנונגסלאָזיגקייט, און איך בין פון איהם אַוועק אַ פאַר־צווייפעלטער.
צווישען מײַנע ערפאַהרונגען פון יענעם טאָג, איז אין מײַן זכרון אויפגעמאָלט דאָס פאָלגענדע: אויף דער פערטער עוועניו, לעבען דעם קאָרנער פון אַכטער סטריט, שטעל איך זיך אָפּ רײַדען מיט אַ צייטונגס־רעפּאָרטער. ער האָט אַ סימפּאַטישען אינטעליגענטמען אויסזעהן און איך פיהל אַז ער איז פריינדליך צו אונזער קעמפּיין. איך דערצעהל איהם וועגען די שווינדלען וואָס איך האָב אַליין געזעהן, ווי די פּאָליטישענס האָבען גע־שלעפּט זייערע מענשען וואָוטען צום צווייטען מאָל. דער רעפּאָר־טער גיט מיר איבער עהנליכע זאַכען וואָס ער האָט בײַגעוואואינם. איך פרעג בײַ איהם צי ער וועט דאָס באַריכטען, און ער ענט־פערט מיר מיט אַ געהיימניספולער מינע: „איך וועל זעהן וואָס איך קען טאָן".
ער האָט געאַרבייט אין דער צייטונג „מעיל ענד עקספּרעס", וועלכע איז געווען איינע פון די אַנטי־טאַמאַני בלעטער. איך בין געווען זיכער, אַז די אַלע באַריכטען וועלען דאָרט זײַן אָפּגעדרוקט. ווען די צייטונג איז אַרויס און איך האָב אין איהר ניט געפונען קיין שפּור דערפון, האָב איך געשריען, אַז זי איז פאַרקויפט צו די יואיט־אינטערעסען.
דער אָפיציעלער רעזולטאַט פון די וואָהלען איז געווען: 68,110 וואָוטס פאַר הענרי דזשאָרדזש'ן און 90,552 פאַר יואיט'ן; און יואיט איז עלעקטעד געוואָרען (רוזוועלט, דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט, האָט באַקומען 60,435 שטימען — ווענינגער ווי דזשאָרדזש, אַלזאָ).
די רײַכע קלאַסען און די קאָרופּטע פּאָליטישע באַנדעס 268האָבען געזיגט. אָבער 68,000 שטימען פאַר אַן אַרבייטער־קאַנ־דידאַט איז אין יענע צייטען געווען אַזאַ אונגעהייערע צאָהל, אַז עס האָט איבעראַשט גאַנץ אַמעריקא.
די צאָהל 68 איז אין דעם געדאַנק פון פּאָרטגעשריטענע מענשען פאַרצייכענט געוואָרען צוזאַמען מיט דער פאַרקערטער צאָהל 86 („הענרי דזשאָרדזש האָט באַקומען 68 טויזענט שטימען אין דעם יאָהר 1886" — דאָס איז אַן אונפאַרגעסליכער פאַקט בײַ אונזערע מענשען).
אונזער ענטוישונג איז געווען אונבעשרײַבליך. אינטערע־סאַנטע סצענעס זײַנען יענעם אָוונט פאָרגעקומען אויף די הענרי דזשאָרדזש העדקוואָרטערס אויף דער אַכטער סטרים, בשעת מען האָט אַרײַנגעבראַכט די עלעקשאָן־ריטוירנם. איך געדענק די געזיכט פון אַן אַמעריקאַנער יונגערמאַן, אַ קליין־געוויקסיגען, אַ שוואַרצען, וועלכער האָט אויסגערופען די ציפער. אַלע ווײַלע פלעגט ער אויסשרײַען מיט שפּאָט: „די רעטער פון דער געזעל־שאַפט!" איך געדענק די פרייד, מיט וועלכער מען האָט אויפ־גענומען יעדען גוטען באַריכט פאַר הענרי דזשאָרדזש'ן. אָבער דייטליכער פון אַלץ געדענק איך די ווערטער, וואָס מיר האָט דערבײַ געזאָגט מאַשקאָוויטש, דער אדעסער יונגערמאַן, מיט וועל־כען איך האָב פריהער געוואואינט אויף איין קוואַרטיר אין 213 קלינטאָן סטרים, און וועלכער איז מיט מיר צוזאַמען יענעם אָוונד אָנוועזענד געווען אין די הענרי דזשאָרדזש העדקוואָר־טערס:
— איהר זייט דאָך אַן אַנאַרכיסט, קאַהאַן, — האָט ער באַ־מערקט מיט אַ שמייכעל, — ווי קומט דאָס עפעס וואָס איהר זייט אַזוי פאַראינטערעסירט אין די וואָהלען?
די ווערטער האָבען מיר געטראָפען ווי שפּיזען.
עטליכע טעג האָבען די דזשאָרדזשיסטען און די סאָציאַ־ליסטען זיך געפיהלט נידערגעשלאָגען.
ביסלאַכווייז אָבער האָט דיזע שטימונג אָפּגעטראָטען דעם פּלאַץ צו אַן אַנדערער. מיר האָבען אָנגעהויבען צו פיהלען וואָס פאַר אַ גרויסער מאָראַלישער זיג די 68,000 שטימען זײַנען.
269אַלע צייטונגען האָבען מודה געווען, אז דאָס איז אן אונגערוואָרטע גרויסע צאָהל.
אונזער קעמפיין־אָרגאַניזאַציע איז געווען ניי און שוואַך. קיין געלט האָבען מיר ניט געהאַט. אונזערע וואָטס זיינען געווען דורכאויס עהרליכע, ניט קיין געקויפטע. מיט געלט האָבען מיר די רעדער ניט געשמירט. דער שונא, ווידער, האָט געהאַט אַ גרויסע שטאַרקע מאַשין מיט הונדערטער טויזענטער דאָלאַר אויף צו שמירען איהרע רעדער און רעדלעך. און דאָ— 68 טויזענד! דער ציפער האָט אונז אַריינגענעבען נייעם מוט!
מען האָט זיך גענומען גרייטען צום נעקסטען קעמפיין. אָבער די פאַראייניגונג פון די סאָציאַליסטען מיט די העגרי־זשאָרדזשיסטען, אָדער „סינגעל־טעקסערס", ווי מען האָט זיי מייסטענס גערופען, האָט לאַנג ניט אָנגעהאַלטען.
וואָס אַ טאָג איז שעוויטש'ן און זיינע אָנהענגער געוואָרען קלערער, אז זיי מוזען זיך מיט די „סינגעל־טעקסערס" צעגעגענען. ווען די היץ פון דעם היסטאָרישען קעמפיין איז פאַראיבער און יעדער צד האָט זיך דערמאָנט אָן זיין אידעאַל, האָט ער זיך אַרומגעזעהן, אז ער קען מיט דער טעאָריע פון דעם אנדערען צד קיין שייכות ניט האָבען. ווי געוועהנליך אין אזעלכע פאַלען, איז אָנשטאָט דער פריהערדינגער פריינדשאַפט ענטוויקעלט גע־ וואָרען אַ פאַרביסענע פּאַרטיי־שנאה.
שעוויטש האָט אַרויסגערופען העגרי דזשאָרדזש'ן אויף אַ דעבאַטע, און זי האָט שטאַטגעפונען אין מיינער'ס טעאַטער, אויף דער אַכטער עוועניו לעבען דער 23טער סטריט — דער זעלבער טעאַטער, וואו מיט צוויי און אַ האַלב יאָהר פריהער האָב איך ביינגעוואואינט די גרויסען בלעין פאַרזאַמלונג.
איך בין אויף דער דעבאַטע געפאָהרען אין אַ פיבער פון ערוואַרטונגען. איך בין געקומען צו דער 23טער סטריט אויף אַ דריטע עוועניו קאַר. איבער 23טער סטריט איז געגאַנגען אַ 270האָרס־קאַר פון דעם סאָרט, וועלכער איז שוין אויבען דערמאָנט געוואָרען און אויף וועלכער דער דראַיווער איז אויך געווען דער קאָנדוקטאָר. איהר האָט אַריינגעוואָרפען אייערע פינף סענט אין אַ גלעזערנער קעסטעלע, וועלכע האָט זיך געפונען אינוועניג אין קאַר. דער דראַיווער האָט אָבער געקענט זעהן וויפיל מען וואָרפט אריין, און ער האָט אייך געגעבען די טשיינדזש דורך אַ לעכעל אין דער פאָדערשטער טיר.
די ערשטע 23טע סטריט־קאַר, וואָס איך האָב דערזעהן, איז געווען זעהר געפּאַקט. וואָרטען אָבער אויף אַ צווייטער האָב איך ניט געוואָלט. איך האָב געגאַרט וואָס שנעלער צו קומען אין טעאַטער, כדי צו פאַרנעמען אַ גוטען פּלאַץ. אַלזאָ, האָב איך ניט געוואָלט פאַרלירען קיין סעקונדע און בין אַרויפגעשפרונגען אויף דער געפּאַקטער קאַר, קוים אָנהאַלטענדיג זיך מיט איין פוס אויפ'ן טרעפּעל.
דורכשפאַרען זיך צו דעם פּלאַץ, וואו מען האָט באַדאַרפט אַריינוואָרפען די פינף סענט איז געווען שווער, און איידער וואָס־ ווען, האָט דער קאָנדוקטאָר אָפּגעשטעלט דעם פערד און אויס־ געשריען: „העי! באַצאָהלט אייער פעיר!"
עטליכע אַמעריקאַנער יונגע לייט האָבען זיך צולאַכט, און איינער האָט באַמערקט, ווינקענדיג אויף מיר מיט אַ כיטרען שמייכעל:
— איהר האָט געמיינט ס'וועט אייך אָפּגעהן, האַ?
דער פּנים האָט ביי מיר גענומען ברענען. איך בין אזוי באַגייסטערט פאַר דער הייליגער דעבאַטע, און דאַ איז מען מיר חושד, אז איך וויל זיך אויסדרעהען פון באַצאָהלען פינף סענט!
אזוי ווי מיט שמוץ וואָלט מען מיך באַגאָסען...
איך האָב אַריינגעוואָרפען דעם ניקעל. מיין שאַנדע איז אָבער אזוי לייכט ניט איבערגעגאַנגען.
איך בין אריינגעגאַנגען אין מיינער'ס טעאַטער. דאַן האָב איך זיך געכאַפּט, אז פון גרויס באַגייסטערונג האָב איך זיך פאַר־ געסען מיטצונעמען מיין טיקעט. אָבער פון דעם אומגליק איז געוואָרען אַ גליק. באַלד האָט זיך באַוויזען שעוויטש, און ווען ער האָט געזעהן ווי איך טענה מיט דעם טיר־וועכטער, האָט ער 271מיך אַריינגענומען. אָנשטאָט איך זאָל האָבען אַ סיט צווישען דעם עולם, האָט ער מיר געגעבען אַ פּלאַץ לעבען זיין פרוי, אויף דער פּלאַטפאָרמע. ער האָט מיר פאָרגעשטעלט פאַר איהר — פאַר דער באַריהמטער העלענא פאָן ראקאָוויץ, איבער וועלכער פערדינאַנד לאַסאַל האָט פאַרלאָרען זיין לעבען אין אַ דועל. זי האָט דאן נאָך געהאַט גענוג רייץ אין זיך. מיט איהרע רויטליכע האָר און אינטערעסאַנטע גרויסע אויגען און מיט איהר איינדרוקס־ פולען שמייכעל, האָט זי געצוויגען פיל אויפמערקזאַמקייט.
איך בין געזעסען ביי איהר לינקער האַנט. פון דער אַנ־ דערער זייט איז לעבען איהר געזעסען אַ רייכער, געבילדעטער אַמעריקאַנער, וועלכער האָט אַרויסגעוויזען סימפּאַטיע מיט'ן סאָ־ ציאַליזם. איך געדענק ניט זיין נאָמען. איך געדענק נאָר, אז ער, צוזאַמען מיט דעם מיליאָנער קאַרנעגי, האָט געגרינדעט דעם „ניינטינטה סענטשורי קלאָב", וואו עס פלעגען פאָרקומען דעבאַ־ טען איבער סאָציאַלע פראגען. שמועסענדיג מיט מאַדאַם שע־ וויטש, איידער די פאַרזאַמלונג איז גערופען געוואָרען צו אָרדנונג, האָט ער ביי איהר געפרעגט אויב עס ציהט איהר ניט ווידער צו דער ביהנע; און זי האָט געענטפערט: „געוויס ציהט מיך. איך בין ווי אַ מלחמה־פערד, וועלכען עס שלעפּט צום שלאַכט־פעלד, ווען ער דערהערט נאָר דעם קלאַנג פון טרומייטען."
די טיקעטס האָט מען צוטיילט אויף צוויי גלייכע העלפטען צווישען די צוויי צדדים, און דער טעאַטער איז אויך אזוי געווען צוטיילט — איין העלפט פאַר די העגרי דזשאָרדזשיסטען און די אַנדערע פאַר אונזערע (קוקענדיג פון פּובליקום צו דער פּלאַט־ פאָרמע, איז אונזער העלפט געווען די לינקע און זייערע — די רעכטע). אזוי ווי שעוויטש איז געווען דער אַרויסרופער, איז ער געווען דער ערשטער רעדנער. אַ הויכער, אַ שעהנער, אָנ־ געטאָן אין אַ געוועהנליכען קורצען ראָק, האָט ער זיך גע־ שטעלט און איז צוגעגאַנגען צום ברעג פּלאַטפאָרמע. דער טעאַ־ טער איז געווען אזוי ווי אָנגענאָסען מיט ליכט. ער איז באַגריסט געוואָרען מיט אַ קראַכענדען וועלקאָמען פון אונזער העלפט. ווען עס איז ענדליך שטיל געוואָרען, האָט ער אויפגעהויבען זיין קאָ־ 272צו די באַלקאָנען און אָנגעהויבען. ער האָט גערעדט אין אַ גאַנץ איינפאַכער שפּראַך. אַלס הויפּט־פראַגע האָט ער אַוועקגעשטעלט דאָס פאָלגענדע: ווי אזוי ערוואָרטעט דזשאָרדזש מיט זיין „סינ־ געל־טעקס" אָפּצושאַפען אָרימקייט אויף דער וועלט? פאַרוואָס גלויבט ער, אז די לאַנד־פראגע איז די איינציגע פראגע וואָס מען דאַרף האָבען אין זינען? לאָמיר זיך פאָרשטעלען, אז דאָס לאַנד איז שוין ווירקליך פריי פון לענדלאָרדס, וועט דאָס דען זיין גע־ נוג? און וואָס איז מיט אַרבייטס־מיטלען, מיט פאַבריקען, מיט מאַשינעריי, מיט מאַטעריאַלען? זאָל העגרי דזשאָרדזש ענטפע־ רען ווי אזוי אן אַרבייטער, וועלכער האָט אַ שטיקעל לאַנד און וויטער גאָרניט, קען מיט הוילע הענט קאָנקורירען מיט דעם קאַ־ פּיטאַליסט? ווי קען ער עקזיסטירען אויף דער וועלט ניט האָ־ בענדיג קיין אַרבייטס־געצייג, וועהרענד דער קאַפּיטאַליסט האָט די מעכטיגסטע מאַשינעריי?
העגרי דזשאָרדזש באַקומט דאָס וואָרט. מיט זיין ניט־ הויכער פיגור אין אַ לאַנגען „פּרינץ־אַלבערט"־ראָק, מיט זיין גע־ דיכטער ברוינער באָרד, גוט פאַרקעמט, געהט ער צו צום ברעג פּלאַטפאָרמע, באַגעגענט מיט אַ שטורם פון אַפּלאָדיסמענטען און באַגריסונגס־געשרייען פון זיין העלפט טעאַטער. ער נויגט זיך אַהין און אַהער. ער בלייבט שטעהן. אויף זיין גרויסען קיילעכ־ דיגען קאָפ בליטשעט אַ פּליך. ער הויבט אָן צו ריידען. שעהנע, גלאַטע זאַצען קלינגען איינער נאָך דעם אנדערען. אזוי רעדט ער אָפּ ביי צעהן מינוט. ניט וועלענדיג, האָב איך הנאה פון די געראָטענע ענגלישע פראַזען.
ענדליך נעמט ער זיך צו דער פראגע וואָס שעוויטש האָט איהם געשטעלט. ער זאָגט עטליכע ווערטער אַלס הקדמה, און דאַן ווערט ער אנטשוויגען. ער שטעהט און טראַכט. דאַן פאַרהייסט ער דעם קאָפּ שטאָלץ צום סיילינג; די לינקע זייט פון זיין רעכטער האַנט לעגט ער צו צום שטערן. אזוי שטעהט ער און שוויגט. מען זעהט, אז ער איז אין אַ פאַרלעגענהייט. אַלע ווערען נערוועז. איין האַלבער טעאַטער איז פול מיט אומ־ רוהיגקייט; די אנדערע העלפט איז פול מיט נערוועזע פרייד: אהאַ, ער ווייס ניט וואָס צו ענטפערען!
273ענדליך לאָזט דער באַריהמטער מאַן אַרונטער זיין האַנט, גלייכט זיך אויס און זאָגט:
„אויב דער אַרבייטער האָט ניט קיין געצייג און קען ניט שאַפען קיין פאַבריק־פּראָדוקטען, קען ער דאָך געהן פאַנגען פיש און דערפון מאַכען אַ לעבען".
אַ שטורם פון געלעכטער ברעכט אויס אויף דער סאָציאַ־ ליסטישער זייט פון דעם טעאַטער.
העגרי דזשאָרדזש פרופט ערקלעהרען זיין שטאַנדפּונקט. עס איז לייכט צו זעהן, אז ער איז נידערגעשלאָגען, פאַרצווייי־ פעלט.
אין זיין לעצטער אנטוואָרט־רעדע האָט שעוויטש חוזק געמאַכט פון זיין געגנער'ס אויסרוף, אז דער אַרבייטער קען געהן פאַנגען פיש. איין העלפט טעאַטער קראַכט מיט אַפּלאָ־ דיסמענטען און געלעכטער, און די אנדערע הוזשעט מיט בייזע פּראָטעסט־געשרייען.
צוריק פון טעאַטער זיינען די סאָציאַליסטען געגאַנגען קאָמ־ פּאַניעם־ווייז. מען האָט לוסטיג געשריען: „דער אַר־ בייטער קען געהן פאַנגען פיש! דער אַרבייטער קען געהן פאַנ־ גען פיש!" („הי קען גאָו פישינג").
די פראַזע איז געוואָרען אַ גאַנגבאַרער ווערטעל אין דעם קאַמף פון די סאָציאַליסטען געגען די „סינגל־טעקסערס".
ווען די סאָציאַליסטען האָבען זיך אָפּגעטיילט פון די „סינגעל טעקסערס" איז דער „לידער" געבליבען ביי די סאָציאַליסטען, וועלכע זיינען געווען זיינע גרינדער און אייגענט־ ליך זיינע בעלי־בתים פון אָנפאַנג אָן. שעוויטש איז געבליבען דער רעדאַקטאָר.
אין דעם „לידער" האָב איך געדרוקט אַ פּאָר אַרטיקלען 274און אויך מיינע אן ענגלישע איבערזעצונג פון שעוקסעוויטש'עם קורצער ערצעהלונג „יאַנקאָ דער מוזיקאַנט".
נעקסטען יאָהר, ביי די וואָהלען, איז העגרי דזשאָרדזש גע־ לאָפען פאַר סעקרעטערי אָוו סטייט. זיין פּאַרטיי האָט אַרויס־ געגעבען אַ וואָכען־בלאַט מיט'ן נאָמען „סטענדאַרד". צו זיין קעמפיין אָבער האָבען זיינע אָנהענגער געגרינדעט אַ קליינע טעג־ ליכע מאָרגען־צייטונג אויך. איהר נאָמען איז געווען „אַרגוס" (אַ ריעז וואָס האָט אַ סך אויגען), און פון אויבען איז געווען אַ בילד פון אן אויג. דער „לידער" האָט אָנגעפיהרט דעבאַטען מיט דעם „אַרגוס" און מיט דעם „סטענדאַרד".
אין דעם „לידער" האָט זיך באַטיילינט לוסיען סעניעל, אַ פראַנצויזישער סאָציאַליסט, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין אַמע־ ריקאַ אין אָנפאַנג פון די זעכציגער יאָהרען, און וועלכער האָט אין דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער־פּאַרטי אָנגעהויבען שפּילען אַ וויכטיגע ראָלע. ער איז געווען אַ גלענצענדער זשורנאַליסט און עקאָנאָמיסט.
דער ערשטער נומער „אַרגוס" האָט אנטהאַלטען די פאָל־ גענדע באַגריסונגס־שורה:
„צו אונזערע 68 טויזענד וואָטערס — גוט מאָרגען!"
יענעם נאָכמיטאָג האָט סעניעל אין דעם „לידער" געהאַט די פאָלגענדע ווערטער:
„היינט זאָגט דער „אַרגוס" „גוט־מאָרגען"; נאָך די וואָהלען וועט ער זאָגען: „גוט־נאַכט!"
און אזוי איז טאַקע געווען. וויטער ווי עלעקשאָן־טאָג האָט דער „אַרגוס" ניט עקזיסטירט; וואָרים אָנשטאָט די 68 טויזענד שטימען וואָס העגרי דזשאָרדזש האָט פאַראיאָהרען באַ־ קומען בלויז אין שטאָדט, האָט ער דיזען מאָל באַקומען 35 טויזענד איבער'ן גאַנצען סטייט.
דער „לידער" האָט דעם „אַרגוס" איבערגעלעבט מיט צוויי יאָהר.
פאַדהער מעק־גלין האָט געגרינדעט אן „אנטי־פּאַווערטי סאָסייעטי" (אַ געזעלשאַפט אָפּצושאַפען אָרימקייט). סאָציאַ־ 275ליסטען האָבען נאַטירליך ניט געהאַלטען פון דער טעאָריע, אויף וועלכער זי איז געווען געבוים; אָבער זייער רעספּעקט צו דעם נאָבעלען גלח איז קלענער ניט געוואָרען. אונזער ליבע צו איהם איז נאָך שטאַרקער געוואָרען צוליב די פאַרפאָלגונגען, וואָס איז אויסגעשטאַנען פון דער קאַטוילישער קירכע. פון רוים איז געקומען אַ באַפעהל, אז ער איז אויס גלח. ער איז געוואָרען אַ פּריוואַט מענש, אַ פאַרפאָלגטער, אַ באָיקאָטירטער, אַ נידערגע־ שלאָגענער.
עטליכע יאָהר האָט ער בראַוו אָנגעהאַלטען זיין קאַמף. אָבער ענדליך איז זיין מוטיגער גייסט געבראָכען געוואָרען. ער האָט געמאַכט שלום מיט דער קירכע און זיין גלח־שטעלע האָט ער ווידער באַקומען.
נאָכדעם ווי אין שיקאַגאָ איז געפאַלען די באָמבע און מען האָט די זיבען אַנאַרכיסטען פאַראורטיילט צום טויט, האָט זיך אַ געפיהל פון קאַמפּס־לוסט פאַרשפּרייט צווישען די ראַדיקאַלען פון ניו יאָרק אויך. סאָציאַליסטען, אזוי גוט ווי אַנאַרכיסטען, האָבען אויף זייערע פאַרזאַמלונגען אָנגעהויבען צו ריידען מיט אזא טאָן, אזוי ווי זיי וואָלטען געשטאַנען ביים שוועל פון אן ערנסטער רעוואָלוציאָנערער צייט. דירעקט האָט זיך געהאַנדעלט וועגען דעם אַכט־שטונדיגען אַרבייטס־טאָג. זיי האָבען זיך אָבער פאָר־ געשטעלט, אז דורך דעם קען קומען צו גרעסערע פאַרערונגען. זיי האָבען געגלויבט, אָדער געגלויבט אז זיי גלויבען, דאַס דער גאַנצער אַמעריקאַנער אַרבייטער־קלאַס איז געגרייט צו אַ מוטיגען קאַמף, צו באַריקאַדען זאָגאַר. די לופט האָט געשמעקט מיט פּולווער — אזוי ווייניגסטענס האָבען די לאַגע געשילדערט די פיהרער; ניט נאָר מאָסט, דער אַנאַרכיסט, נאָר אויך שעוויטש דער סאָציאַל־דעמאָקראַט.
276אויף איין מיטינג איז דער פייערדיגער יאָהאַן מאָסט ארויפ־ געקומען אויף דער פּלאַטפאָרמע מיט אַ ביקס אין האַנט, און האָט אויפגערופען די אַרבייטער זיך צו באַוואַפנען. „עטליכע הונדערט באַוואָפענטע אַרבייטער קענען מאַכען די סאָציאַלע רעוואָלוציע" — האָט ער געזאָגט.
ער איז אַרעסטירט געוואָרען און מען האָט איהם פאַר־ אורטיילט אויף אַ יאָהר געפענגניש. איך און מיין פרוי זיינען געשטאַנען דערביי, ווען אַ שעריף האָט איהם אַראָפּגעפיהרט פון די טרעפּ פון קאָורט, אַ צוגעקייטעלטען מיט איין האַנט צום שעריף און מיט דער אנדערער האַנט צו אַ גנב. אזוי האָט מען זיי אַריינגעזעצט אין אַ „בלעק מעראיא" (אַ גרויסער וואָגען אָהן פענסטער, אין וועלכען מען פיהרט אַרעסטאַנטען).
שעוויטש האָט אויך געהאַלטען קאַמפּס־דורשטיגע רעדעם אין יענער צייט, אָבער ער האָט ניט געהאַט קיין נאָמען אַלס געפעהרליכער „אויפהעצער", האָט מען איהם ניט אַרעסטירט. איין מיטינג אזעלכער, וועלכען איך האָב ביינגעוואואינט, איז פאַר־ געקומען אין קופּער־אינסטיטוט (קופּער־יוניאָן). דער גרויסער האַלל איז געווען געפּאַקט מיט דייטשען, אידען און אַביסעל אירישע. שעוויטש האָט גערעדט וועגען דער שיקאַגאָ'ער פּאָ־ סירונג. ביי אַ געוויסען פּונקט האָט ער אויסגערופען:
„ווען זיי זאָלען אפילו פאַרוואַנדלען אַלע וועלדער אין תליות, וועלען זיי אויך דעם קאַמף פון דעם אַרבייטער־קלאַס ניט דער־ ווערגען".
די ווערטער זיינען באַגריסט געוואָרען מיט אן אונבאַשרייב־ ליכער סצענע. אַ העלפט פון דעם עולם איז אויפגעשפּרונגען, אַפּלאָדירענדיג און שרייענדיג מיט ווילדע קולות. שעוויטש איז געשטאַנען מיט פאַרמאַכטע ליפּען און געוואַרט. ווען עס איז געוואָרען שטיל, האָט ער צוגעלעגט:
„און ווען זיי וועלען פאַרוואַנדלען אַלע בליי־מינען אין קוילען, וועלען זיי ניט קענען נידערשיסען דעם רעוואָלוציאָנערען קאַמף פון די אַרבייטער־מאַסען".
277דאַן האָט אויסגעבראָכען נאָך אַ ווילדערער שטורעם פון באַגייסטערונג און קאַמפּס־ליידענשאַפט.
איין פאַרזאַמלונג איז אָפּגעהאַלטען געוואָרען אויף יוניאָן סקווער, וואו אַלע אונזערע „אָפען־ער" מיטינגען פלעגען יענע יאָהרען שטאַטפינדען. שעוויטש האָט גערעדט, און גראָד ווען זיינע ווערטער זיינען געווען גאַנץ פרידליך, איז פּלוצלונג באַ־ פאַלען אַ פּאָליס־קעפּטעין (מאַקאָלא האָט ער געהייסען) מיט אַ מחנה פּאָליסלייט. זיי האָבען דעם מיטינג צוטריבען מיט זייערע קלאָבס. שעוויטש האָט פון דער פּלאַטפאָרמע אויסגעשריען צו דער מאַסע:
„נעקסטען מאָל קומט באַוואָפענטע, גענאָסען!"
די פּאָליציי האָט איהם אָבער ניט אַרעסטירט.
אויף די ווייטערדיגע פאַרזאַמלונגען איז קיין טראָבעל ניט געווען. די פּאָליציי האָט אַרויסגעגעבען ערלויבנישען אויף צו האַלטען ווייטערע פאַרזאַמלונגען אויף דעם זעלבען פּלאַץ, און זי האָט זיי ניט געשטערט.
איין מאָל האָב איך געהערט ווי אַ דייטשער אַנאַרכיסט זאָגט צו יוסטוס שוואָב'ען:
„זיי סמייען ניט צו אַטאַקירען אַרבייטער־פאַרזאַמלונגען; זיי האָבען מורא פאַר אונז".
שוואָב האָט זיין מיינונג געמאַכט צו קליין־געלד. „ווען זיי וואָלטען מורא געהאַט, וואָלטען זיי די פאַרזאַמלונגען גראָד ניט ערלויבט", — האָט ער געזאָגט.
שוואָב האָט נאַטירליך געהאַט רעכט. די פּאָליציי האָט גאַנץ גוט געוואואסט אז די אַמעריקאַנער אַרבייטער־מאַסען זיינען ווייט פון אַ רעוואָלוציאָנערער שטימונג. מאָסט'ען האָט מען אַרעסטירט, ווייל ער האָט געטראָגען דעם זעלבען טיטול — אַנאַר־ כיסט — ווי די, וועלכע מען האָט פאַראורטיילט פאַר דער שיקאַ־ גאָ'ער באָמבע.
אין מיין זכרון איז אויך פאַרבליבען אַ בילד פון אַ מיטינג, וועלכען איך און מיין פרוי האָבען אַרום יענער צייט ביינגעוואואינט אין אַ זונטאָג, צעהן אוהר אין דער פריה, אויפ'ן גראָונד פלאָאָר 278פון דזשערמיינא אַסעמבלי רומס (אויף קאָרנער צוווייטע עוועניו און האָוסטאָן סטריט). שעוויטש האָט דאָרטען גערעדט און איינער אַ האַסעלמאַן, אַ הויכער דייטש מיט לאַנגע בלאָנדע לאָקען, וועלכער איז מיט עטליכע יאָהר פריהער געווען איינער פון די סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען אין דעם דייטשען רייכסטאַג. ער איז ניט געווען קיין אויסגעשפּראָכענער אַנאַרכיסט, אָבער כמעט אן אַנאַרכיסט. ער איז געווען אַ גלענצענדער רעדנער.
אין ניו יאָרק האָט האַסעלמאַן אַ געוויסע צייט אַרויסגע־ געבען אַ דייטשע וואָכענבלאַט מיט'ן נאָמען „אַרבייטער צייטונג". דערנאָך האָט ער געפּעדעלט מיט שנאָפּס, און איך פלעג זעהן ווי ער געהט, אַ הויכער, אן אָפּגעריסענער, מיט אַ גרויסער פלאַש אין יעדער האַנט. געהענדיג, פלעגט ער צושאָקלען מיט זיינע לאַנגע בלאָנדע לאָקען צו דעם טאַקט פון זיינע טריט. ער האָט געמאַכט אן איינדרוק ווי אַ פיגור פון אַ פאַרצייטיגער מעשה. מען האָט געזאָגט אז ער איז ניט אין גאַנצען ביים זינען. אָבער אויף דער פּלאַטפאָרמע האָט ער גערעדט פיל לאָגישער ווי אין פּריוואַט־געשפּרעכען. די אויגען האָבען ביי איהם געקוקט אזוי ווי ניט פון ד ע ר וועלט.
זיין רעדע יענעם זונטאָג איז געווען פול מיט קאַמף. ער האָט זיך ניט געקאָקט, אָבער זיינע געלאַסענע ווערטער האָבען געבליצט ווי שווערדען. דיעזען מיטינג האָט די פּאָליציי אויך ניט געשטערט.
דעם 11טען נאָוועמבער, 1887, איז פאַרגעקומען דער שלוס־ אקט פון דער שיקאַגאָ'ער דראַמא. פון די זיבען אַנאַרכיסטען, וועלכע מען האָט פאַראורטיילט צום טויט, האָט מען יענעם טאָג פיר געהאַנגען: שפּיז'ן, פּאַרסאָנס'ן, ענגעל'ן און פישער'ן. אַ פינפטער — לינג — האָט זיך גענומען דעם לעבען מיט אַ באָמבע, זיצענדיג אין פּריזאָן, און די איבעריגע צוויי — פילדען'ען און 279שוואָב'ן—האָט מען דעם טויט־אורטייל פאַרביטען אויף לעבענס־ לענגליכע געפענגניש.
די פיר שיקאַגאָ'ער תליות האָבען געמאַכט אן אונבאַשרייב־ ליכען רושם אויף אונז. סאָציאַליסטען, אזוי גוט ווי אַנאַר־ כיסטען, זיינען ארומגעגאַנגען ווי אבלים. צו דעם וועהטאָג פון רחמנות איז געווען צוגעמישט אַ וועהטאָג פון פאַרצווייפלונג, דורך דעם פאַקט וואָס די אַמעריקאַנער אַרבייטער בלייבען גלייכ־ גילטיג אָדער אַפּלאָדירען זאָגאַר דעם תליון.
איך האָב דערהערט די שרעקליכע נאַכריכט זיצענדיג ביי מיינעם אַ שילער, ביי דעם דאַמאָלסדיגען סעקרעטער פון דער טשילדרען דזשעקעט מייקערס יוניאָן. זיין אָפיס איז געווען אין אַ קליינעם צימערעל אויפ'ן טאָפּ פלאָאָר פון אַ מיטינג־האָל־ געביידע, אין 66 עסעקס סטריט.
דאָס איז געווען פרייטאָג אין דער פריה, דעם 11טען נאָ־ וועמבער, דער טאָג וואָס איז געווען באַשטימט פאַר דעם פיר־ פאַכען מאָרד.
מיר זיינען געזעסען איבער אַ סקול־דרידער, אין וועלכען ער האָט פאַר מיר געלעזען. איך האָב באַדאַרפט צוהערען, פאַר־ ריכטען זיין אויסשפּראַך, פאַרטייטשען ווערטער און ערקלערען זייער גראַמאַטיקאַלישע שייכות. מיינע געדאַנקען זיינען אָבער געווען פאַרנומען מיט שיקאַגאָ. אָט איצט, אין דיזער שטונדע, דאַרף דאָרטען פאָרקומען די שרעקליכע סצענע. איז זי ווירקליך פאַר־ געקומען? קען דאָס זיין? פילייכט האָט דער גאָווערנאָר זיי אין דער לעצטער מינוט פּאַרט געשאַנקען דעם לעבען?
איך האָב צוגעמאַכט דעם ביכעל. איך האָב מיין שילער ערקלערט, אז עס איז מיר שווער היינט איהם צו געבען דעם לעסאָן. ווי איך האָב אזוי אַרויסגערעדט די ווערטער, האָבען זיך פון סטריט דערהערט געשרייען פון ניוס־באָיס.
איך האָב געגעבען אַ שפּרונג, אויפגעעפענט דעם פענסטער און אַרויסגערוקט די קאָפּ. איך האָב דערהערט די ווערטער:
„עקסטרא! עקסטרא! שיקאַגאָ ענערקיסטס העגגד!"
די צייטונגען זיינען געווען פול מיט איינצעלהייטען וועגען 280דער הינריכטונג. יעדער ניו יאָרקער רעדאַקציע האָט אין שיקאַגאָ אַוועקגעשיקט איהרע בעסטע מיטאַרבייטער. צעהנדליגע קאָלומס האָט יעדע צייטונג פאַרנומען מיט באַשרייבונגען פון דער פיר־ פאַכער הינריכטונג.
אַ סעקונדע פאַר'ן טויט, שטעהענדיג מיט דער פּעטליע אויפ'ן האַלז און מיט אַ ווייסען זאַק איבער'ן קאָפּ און איבער'ן געזיכט, האָט אוגוסט שפּיז אויסגערופען:
„אונזערע שטימען וועלען פון קבר קלינגען העכער ווי זיי האָבען געקלונגען לעבעדיגערהייט".
אַלבערט פּאַרסאָנס, אויך שוין מיט אַ שטריק אַרום האַלז, און אויך מיט אַ ווייסען זאַק איבער'ן קאָפּ, האָט געפרעגט דעם שעריף צי ער וועט איהם לאָזען האַלטען אַ רעדע, אָבער דער שעריף האָט צוגעמאַכט די אויגען — אַ סיגנאַל צום תליון צו טאָן זיין אַרבייט; און אין מיטען פון פּאַרסאָן'ס ווערטער איז אָפּגעשפּרונגען די ברעט פון אונטער זיינע פיס און זיין קערפּער איז געבליבען הענגען אין דער לופטען. זיין שטימע איז אָפּגע־ האַקט געוואָרען אויף אייביג.
די צייטונגען האָבען באַשריבען ווי פּאַרסאָן'ס פרוי (אַן אינטעליגענטע מולאַטין) און זיינע קינדער האָבען דערזעהן זיין טויטען קערפּער מיט דעם צייכען פון דער שטריק אַרום זיין האַלז. „אַלבערט! אַלבערט!" האָט זי זיך צואוויינט אויפ'ן קול. יעדע איינצעלהייט אזעלכע האָב איך געלעזען צו עטליכע מאָל, און די סצענעס האָבען מיך פאַרפאָלגט.
יעדען יאָהר פלעגען מיר אָפּהיטען דעם יאָהרצייט פון די שיקאַגאָ'ער אַנאַרכיסטען מיט ספּעציעלע פאַרזאַמלונגען, מיט ספּעציעלע רעדעם.
דער דרייצעהנטער מערץ איז ביי אונז געווען דער היילינ־ יאָהרצייט נאָך די מאַרטירער פון דער רוסישער רעוואָלוציע, און דער עלפטער נאָוועמבער — נאָך די פיר מאַרטירער פון דער אַמעריקאַנער אַרבייטער באַוועגונג.
[ז׳ 251] עס האָט שוין אַמאָל פּאַסירט, אַז גרויסע מאַסען האָבען זיך באַטייליגט אין אַ ניו יאָרקער וואַהל-קאַמף אַלס אַרבייטער. דאָס איז אָבער געווען מיט פילע יאָהרען פריהער, זוען פון קיין אַרבייטער-באַוועגונג אין דעם הײַנטיגען זין האָט מען נאָך ניט געוואואסט.