בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

צעהנטער קאַפּיטל

איך קום צו צו אַ ברעג

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 281–315 (גאַנצער צעהנטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 281 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. אין אָריגינאַל זײַנען אַרײַנגעבונדען זעקס בילד-בלעטער (פּאָרטרעטען), איבערגעגעבען דאָ אױף זייער אָרט. רוסישע, ענגלישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
איך הויב אָן צו פרעגען קשיות. — קען אַ פרייע געזעלשאַפט אויסקומען אָהן אָפּשטימונג?

281די ליאָרמדינגע פּאַסירונגען פון 1886 און 1887 האָבען מײַן אינערליכען ווידערשפּרוך פאַרטומעלט. אין דעם ברען פון דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין האָב איך זיך נאַנץ וועניג געקימערט וואָס איך געה געגען דעם אַנאַרכיזם, וועלכער איז אָפיציעל געווען מײַן גלויבען. אויבען איז דערצעהלט געוואָרען ווי מײַן געוועזענער מיט־קוואַרטיראַנט מאַשקאָוויטש האָט מיר דאָס אויפגעוואָרפען. אויף יענער מינוט האָט דאָס מיר פאַרשאַפט שמערצען, אָבער טאַקע נאָר אויף יענער מינוט. בײַ זיך אין האַרצען האָב איך שוין דאַן געוואוסט אַז דער אַנאַרכיזם איז ניט מײַן גלויבען און אַז איך האָב איבערהויפּט קיין באַשטימטע ריכטונג ניט. איך האָב פעסט געגלויבט אין סאָציאַליזם, אָבער סתם אין סאָציאַליזם. אורטיילען צווישען די סאָציאַל־דעמאָקראַטען און די אַנאַרכיסטען האָב איך ניט געקענט.

דערנאָך, ווען עס האָבען זיך אָנגעהויבען די מוטיגע רעוואָלוציאָנערע פאַרזאַמלונגען, האָבען די סאָציאַל־דעמאָקראַטען מיט די אַנאַרכיסטען כמעט פאַרגעסען זייער געוועהנליכע שנאה. מ׳האָט אָסט, האַסעלמאַן און שעוויטש האָבען אייגענטליך געהאַלטען דעם זעלבען סאָרט רעדעם. און אין די ערשטע טעג נאָך דעם עלפטען נאָוועמבער איז די פאַרביסענקייט נאָך שוואַכער געוואָ 282רען. אַנאַרכיסטען און סאָציאַל־דעמאָקראַטען האָבען זיך געפיהלט אַזוי ווי צוויי צוקריגטע ברידער אויף דער לויה פון אַ דריטען ברודער. דיזע שטימונג האָט אין מיר געשאַפען אַ מיינונג, אַז דער אונטערשיד צווישען די צוויי פּאַרטייען איז איבערהויפּט קיין אונטערשיד ניט.

ווען דער רעש איז אָבער איבערגעגאַנגען, האָב איך דעם ווידערשפּרוך צווישען די צוויי ריכטונגען דערפיהלט נאָך שטאַרקער ווי אימער. נײַע פראַגען האָבען זיך אין מײַן מוח באַוויזען. זיי האָבען מיר ניט געלאָזט רוהען.

עס האָט זיך מיר געדוכט אַז מײַן טומאַן איז פּלוצלונג געדיכטער געוואָרען. דאָס איז אָבער געווען עהנליך צו דעם טומאַן וואָס אַ שיף־פּאַסאַזשיר דערזעהט ווען ער קומט צו נאָהענט צו אַ ברעג. איך האָב דערשפּירט אַז עס איז נאָהענט די צײַט ווען איך וועל האָבען אַ פעסטען באָדען אונטער מײַנע פיס.

אויב בײַ מיר אין מוח איז געווען אַ טומעל, האָב איך אָבער גענומען חושד זײַן אַז בײַ מאַסט׳ן אין מוח איז אויך ניט אַלץ אין אָרדנונג. יעדענפאַלס האָב איך גענומען פאַרשטעהן, אַז די געוואַלט־מיטלען, וועלכע ער פּרעדיגט, האָבען ניט קיין שום זין. אַלע אַנאַרכיסטען און סאָציאַליסטען זײַנען געווען אַ קליינינקע הײַפעלע געגען צעהנדליגע מיליאָנען. ווען זיי וואָלטען מאַסט׳ן געפאָלגט און אַרויס מיט ביקסען אויפ׳ן גאַס, וואָלטען זיי ווי די פליגען צוקווועטשט געוואָרען. ער האָט מיר גענומען אויסזעהן ווי אַ וואַהנזיניגער.

כ׳האָב אויבען דערמאָנט אַ אינטימען בריף, וואָס איך האָב געשריבען צו דעם איצטיגען דר. ספּיוואָק (ספּיוואַקאָווסקי), וועל 283דיזען פּרט האָב איך פּרעי׳ען און מאַסט׳ן ניט וואָס מקנא צו זײַן. איך האָב געזעהן, אַז זייערע עלטערע יאָהרען, ברייטערע באַלעזענהייט און רײַכערע לעבענס־ערפאַהרונגען האָבען זיי קיין ווינשענס־ווערטע רעזולטאַטען ניט געבראַכט.

מיט זײַן גרויסער קענטעניש איז פּרעי געקומען צו אַ פעסטען גלויבען, אַז צו קעמפען פאַר באַפרײַאונג אָדער זאָגאַר פאַר בעסערע ווידזשעם איז אַ זינד. ער פלעגט אונז דערצעהלען ווי אַזוי ער האָט זיך געלערענט ניט צו קעמפען, ניט אַרויסצואווײַזען קיין ווידערשטאַנד, נאָר אַלץ מקבל באהבה צו זײַן. אַז אַזאַ געדאַנק איז געבויט אויף אַ שעהנעם אידעאַליזם, אָבער אַז ער איז קינדעריש — דאָס האָב איך שוין לאַנג פאַרשטאַנען.

אַן עהנליכען געפיהל האָב איך איצט געהאַט אין בעצוג צו יאָהאַן מאַסט׳ן. פּונקט ווי פּרעי האָט געפּרעדיגט אַן אונ־זיניגע טעאָריע פון ניט קעמפען, אַזוי האָט יאָהאַן מאַסט גע־פּרעדיגט אַן אונזיניגע טעאָריע פון קאַמף. ער האָט געלערענט אַ משונה׳דיגען טעראָריזם — ווי אַזוי דינסט־מיידלאַך, למשל, זאָלען אַרײַנטאָן גיפט אין דער זופּ און אויף דיזען אָרט פאַר׳סמ׳ען זייערע קאַפּיטאַליסטישע בעלי־בתים, ווי אַזוי צו מאַכען באָמבעס און טויטען איינצעלנע פאַבריקאַנטען. איך האָב נאָך דייטליך ניט געוואוסט וואַרום דער אַנאַרכיזם האָט ניט קיין באָדען; אָבער אַז דיזע זײַט פון יאָהאַן מאַסט׳ס לעהרע האָט קיין זין ניט, דאָס האָב איך אויך שוין לאַנג פאַרשטאַנען. מיר האָט אָבער געפעהלט מוט דאָס אַרויסצוזאָגען.

איין שטערונג מיינע איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס מאַסט האָט זיך אימער ערקלערט פאַר אַ מאַרקסיסט, און זײַן אַנאַרכיזם איז געווען צוזאַמענגעמישט מיט מאַרקס׳עס טעאָריע. אין דיזער באַציהונג איז ער געווען אַן אויסנאַהמע צווישען די אָנגעזעהענע אַנאַרכיסטישע שרײַבער. בײַ איהם איז געווען אַ פּלאָנטער אין מוח, און איך בין געווען אונטער זײַן איינפלוס אפילו דאַן, ווען איך האָב פאַרשטאַנען ווי קינדעריש עס איז זײַן טעראָריזם אָדער „פּראָפּאַגאַנדאַ דורך פיסטאָלעטען, באָמ־בעס און סם).

284איצט אָבער, אַלס רעזולטאַט פון די שטאַרקע איינדרוקען, וואָס אויף מיר האָט געמאַכט דער הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין, האָב איך זיך גענומען שטעלען נײַע פראַגען. איך האָב געזעהן וואָס פאַר אַן אונגעהייערע באַדייטונג דיזער קעמפּיין האָט גע־האַט, און איך בין דאָך אין איהם אַרײַנגעגאַנגען אַלס „אַ בעל־עבירה׳ניק", אַ פאַרברעכער געגען דעם אַנאַרכיזם. איך האָב איצט געפיהלט, אַז מײַנע עבירות זײַנען גאָר מצוות; וואָרים דער פּאָליטישער קאַמף האָט אין יענע מאָנאַטען אויפגעשטורעמט ניו יאָרק, און דורך דעם האָט זיך צופלאַקערט די פּראָפּאַגאַנדאַ געגען קאַפּיטאַל און געגען דער קאָרופּציאָן פון די פּאָליטישענס. אַז דאָס האָט געבראַכט מעהר נוצען ווי די אַנאַרכיסטישע „פּראָ־פּאַגאַנדאַ דער טאַט" האָט אַ קינד געקענט פאַרשטעהן.

דער אונזין פון מאַסט׳ס אַטאַקעס געגען אַנטייל נעמען אין וואַהל־קאַמף איז מיר געוואָרען דייטליכער ווי אימער; און דאָס האָט מיר געבראַכט צו שטאַרקע צווייפלען וועגען אַנדערע אײַנ־צעלהייטען אין דער טאַקטיק פון די אַנאַרכיסטען, און אויך אין דער טעאָרעטישער זײַט פון זייער לעהרע.

אין וואָס באַשטעהט דער הויפּט־פּונקט פון דעם אַנאַרכיזם? ער איז געגען אירגענד וועלכער הערשאַפט, אפילו געגען דער הער־שאַפט וואָס אַ מאַיאָריטעט גיט אַליין איבער צו איהרע אויסער־וועהלטע דורך פרייע וואַהלען. דער ווילען פון איין מענש איז אַזוי וויכטיג ווי דער ווילען פון טויזענט — טענה׳ן זיי — הײַנט וואָס פאַר אַ רעכט האָבען, צום בײַשפּיל, פינף הונדערט מענשען צו צווינגען צוויי הונדערט מענשען צו לעבען ווי זיי — די 500 — ווילען? דעריבער איז דער אַנאַרכיזם געגען וואָטען, געגען וואַהלען און געגען יעדער פאָרם פון פּאָליטיק.

אויסערליך האָט דער פּרינציפּ מיר געקלונגען העכסט יושר־דיג. ווען איך האָב זיך אָבער גענומען אַרײַנטראַכטען אין איהם, האָב איך זיך געמוזט מודה זײַן, אַז ער פאַרטומעלט מיר נאָר מײַן מוח. ווי קען מען אַלעמען נאָכגעבען? ווי קען מען אויסקומען אָהן וואָטען, סיידען מען זאָל אַלץ איבערלאָזען צו אַ דעספּאָט אָדער צו אַ גרופּע דעספּאָטען? אויב מען טאָר ניט 285שטימען, טאָ ווי אַזוי וועט מען אָפּמאַכען ווער עס זאָל זײַן דער אָדער יענער באַאמטער? און ווי אַזוי וועט מען באַשליסען צי מען זאָל איינפיהרען אַ געוויסע זאַך אָדער ניט? ווי וועט מען קענען האָבען אַ טאָלק אין אַ פרייער געזעלשאַפט?

דעם וואָרט „טאָלק" האָב איך יענעם ווינטער אָפט געברויכט אין די דעבאַטען וואָס איך האָב געהאַט מיט זיך אַליין. איך פלעג זיך רס פרעגען: ווי אַזוי קען מען פיהרען אַ געזעלשאַפט מיט אַ טאָלק, אָהן אָפּשטימונג?

מײַן מוח רעגקט מיט אַ משלים. איך שטעל זיך אַ געדאַנק פאַר אין אַ קאָנקרעטער, ממשות׳דינגער פאָרמע, וועלכע איך זעה אַזוי ווי פאַר די אויגען. טראַכטענדיג וועגען דעם אַנאַרכיזם און זײַן פּרינציפּ אין באַצוג צו וואָהלען און אָפּשטימונג, פלעג איך זיך פאַרשטעלען ווי די שילער פון דעם ווילנער אינסטיטוט זיצען בײַ די לאַנגע טישען אין דעם עס־צימער, און אַלץ איז פריי; מיר זײַנען אַליין די בעלי־בתים איבער זיך און איבער אַלץ. ניטאָ קיין דירעקטאָר, ניטאָ קיין „עקאָנאָם". עס קומט פאַר אַ פראַגע וועגען דער מיטאָג־שטונדע: זאָל דאָס זײַן צוויי אוהר אָדער דרײַ אוהר? איינינגע שילער ווילען אַזוי, אַנדערע אַזוי. ווי־זשע זאָל מען באַשטימען? נאָכגעבען ביידע צדדים, דאָס הייסט האָבען צוויי מיטאָגען? איז דאָס אָבער פאַרבונדען מיט איבעריגע קאָסטען און מיה, וועלכע מען קען ניט אָפּאָרדען. הײַנט ווי זאָל מען טאָן? ווי קען מען קומען צו אַ טאָלק?

אַ צווייטער משל, וואָס פלעגט מיר קומען אויפ׳ן זינען, איז געווען מיט עטליכע מענשען וואָס געפינען זיך אין אַ צימער, און איינינגע ווילען עפענען דעם פענסטער, וועהרענד פאַר די אַנדערע וואָלט געווען צו קאַלט. אימיצער מוז דאָך נאָכגעבען. וועלכער צד אָבער?

איך האָב צום צווייטען מאָל דורכגעלעזען אַ בראָשורקע פון יאָהאַן מאַסט, מיט׳ן נאָמען „די פרייע געזעלשאַפט", וואו ער גיט איבער דעם עיקר פון׳ם אַנאַרכיזם. איך האָב פון דאָס נײַ דורכ־געקוקט די ווערס פון די פאָטערס פון׳ם אַנאַרכיזם — פּרודהאָן און באַקונין, און צוויי בראָשורען פון פּעטער קראָפּאַטקין. איך האָב צום צווייטען מאָל דורכגעלייענט הערבערט ספּענסער׳ס 286ווערק „סאָשעל סטאַטיקס", וועלכע ענטהאַלט די פילאָזאָפיע פון אינדיווידואַליזם (דער פונדאַמענט פון אַנאַרכיזם) און אַן אַטאַקע אויף דעם סאָציאַליזם. איך האָב געזוכט אַן אַנטוואָרט אויף מײַנע קשיות און האָב ניט געפונען.

מאַסט׳ס „די פרייע געזעלשאַפט" ענטהאַלט עטליכע שורות, וועלכע האָבען מײַן הויפּט־פראַגע גראַד יאָ באַהאַנדעלט; אָבער ווען איך האָב זיי איבערגעלעזען מיט ספּעציעלער אויפמערקזאַמקייט, בין איך געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז דעם הויפּט־פּונקט געהט ער פאַרבײַ, אַז ער ענטפערט אויף דער פראַגע מיט ווער־טער, וועלכע ענטהאַטען ניט קיין אַנטוואָרט.

איך האָב חושד געווען, אַז ער אַליין קען קיין אַנטוואָרט ניט געפינען, אַז ער פאַרשרײַט זיך אַליין דעם מוח. אין זײַן אַבסאָלוטער עהרליכקייט און אויפריכטיגקייט איז בײַ מיר קיין צווייפעל ניט געווען. איך האָב אָבער געזעהן, אַז בײַ איהם איז דאָס אַ פראַגע פון גלויבען און געפיהל גיכער ווי פון פאַרשטאַנד; און דאָ וואו דער פאַרשטאַנד שטימט ניט מיט זײַן גלויבען, מאַכט ער צו די אויגען און פאַררעדט זײַן לאָגיק מיט ווערטער.

אויבען איז שוין דערמאָנט געוואָרען, אַז מײַנע פּערזענ־ליכע באַציהונגען מיט מאַסט׳ן זײַנען ניט געווען קיין פרײַנד־ליכע. דאָס האָט אָבער אַבסאָלוט ניט געהאַט צו טאָן מיט דעם איינדרוק, וואָס זײַן ביכעל האָט אויף מיר געמאַכט. טראָץ יענעם צוזאַמענשטויס, פלעג איך צוהערען זײַנע רעדעם מיט באַגייסטערונג, און זײַנע בראָשורען האָב איך איצט געלעזען מיט ערוואַרטונגען צו געפינען ליכט אין זיי. איך האָב דאָס אָבער ניט געפונען.

2
באַכמאַן. — אַ שפּאַציר, וואָס האָט מיר געמאַכט פאַר אויס אַנאַרכיסט. — אַ געשפּרעך מיט אַלעקסאַנדער יאָנאַס׳ן. — צוויי ביכער.

איך האָב גענאָרט צו האָבען אַ פּערזענליכען געשפּרעך מיט אַן אַנאַרכיסטישען טעאָרעטיקער און איהם שטעלען מײַנע פראָ־ 287געען. אַזוי ווי מיט מאַסט׳ן האָב איך אַזאַ געשפּרעך ניט גע־קענט האָבען, האָב איך באַשלאָסען דאָס צו טאָן מיט אַן אַנדער אָנערקענטען אַנאַרכיסטישען אויטאָריטעט; איך האָב זיך אויס־געקליבען אַ מאַן מיט׳ן נאָמען באַכמאַן, אַ דייטש, וועלכער האָט אין יענע צײַטען בײַ די אַנאַרכיסטען געהאַט אַ שם פאַר אַ זעהר באַלעזענעם מענשען און אַ טיפען דענקער, און וועלכער איז געווען איינער פון זייערע פיהרער. איך האָב איהם אויפגעזוכט דורך דעם אויבען־דערמאָנטען יוסטוס שוואָב, דעם שעהנעם אַנאַרכיסט, וועמעס סאַלון אין נומער 50 ערשטע סטריט איז געווען אַ הויפּט־קוואַרטיר פון די דייטשע אַנאַרכיסטען.

באַכמאַן איז געווען אַן עלטערער מענש פון מיטעלען וואוקס, מיט גרויע האָר, מיט אַ בלאַסען פּנים, מיט מילדקייט אין זײַנע אויגען און אין זײַן שטימע. מיר האָבען אָפּגעמאַכט צו טרעפען זיך אין שוואָב׳ס פּלאַץ, אין אַ געוויסען אָוונד. אין דער בא־שטימטער צײַט איז ער געקומען, באַגלייט פון זײַן פרוי — אַ דייטשע פרוי פון דעם זעלבען וואוקס ווי ער. די לופט אויף דרויסען איז געווען אָנגענעהם, און זײַנען מיר אויף פרוי באַכמאַן׳ס פאַרשלאָג אַרויס אויפ׳ן גאַס און האָבען דעם גאַנצען געשפּרעך געפיהרט שפּאַצירענדיג.

מיר האָבען געשפּאַצירט איבער האָוסטאָן סטריט, וועלכע איז דאַן געווען איינע פון די עכט־דייטשע גאַסען אין ניו יאָרק. מיר זײַנען געגאַנגען פון דער צווייטער עוועניו ביז׳ן איסט ריווער און צוריק. אַזוי האָבען מיר שפּאַצירט הין און צוריק. ביז עס האָט גענומען טאָגען.

רעדענדיג מיט מײַן געבראָכענע אידישע דייטש, האָב איך געשטעלט מײַנע פראַגען און באַכמאַן האָט אויף זיי געענטפערט, אָדער געפּרוווט ענטפערען. ער איז געווען אַן אויפריכטיגער מענש, און דאָ וואו ער האָט ניט געהאַט קיין קלאָרען אַנטוואָרט, האָט ער אָפּען מודה געווען אַז אויף מײַן פראַגע קען מען קיין אַנטוואָרט ניט געפינען.

איך האָב פון איהם געהערט איינינע זאַכען, וועלכע זײַנען פאַר מיר געווען נײַ. ער האָט געבראַכט ערקלערונגען פון אַ טערעסאַנטע ביכער. אָבער אויף דער פראַגע, ווי אַזוי אָהן 288וואָהלען און אָהן אָפּשטימונג קען אין אַ פרייער געזעלשאַפט זײַן אַ טאָלק און אַ אָרדנונג; ווי אַזוי מען קען אַלעמען נאָכגעבען — אויף דעם, האָט ער מודה געווען, איז קיין אַנטוואָרט ניטאָ. נאָר וואָס דען? די הערשאַפט פון אַ מאַיאָריטעט איבער אַ מינאָ־ריטעט איז אַ טיראַניי. מען דאַרף קעמפען געגען דעם. עס איז אַ פּרינציפּ־זאַך און דאָס דאַרף צוגעפּאַסט ווערען צום לעבען אַזוי ווײַט ווי מען קען.

אָפּט האָבען זײַנע ווערטער ניט געשטימט איינע מיט די אַנדערע. און אַ פּאָר מאָל, ווען איך האָב איהם אָנגעוויזען אויף זײַנע ווידערשפּרוכען, האָט ער צוגעגעבען אַז איך האָב רעכט.

איך האָב איהם געגעבען מײַן משל מיט׳ן פענסטער. ער האָט מיט אַ ליבליכען טאָן גערעדט וועגען דער אינערליכער גוטסקייט פון דער מענשליכער נאַטור. ער האָט גע׳טענה׳ט, אַז דאָ וואו מען פיהלט זיך ווי ברידער, געפינט מען שוין אַ וועג. מען שפּאַרט זיך ניט אײַן. עס איז אַ תענוג נאָכצוגעבען, דורכ־צוקומען. אויף דעם האָב איך געענטפערט, אַז ניט אַלע מענשען זײַנען אַזוי גוטהערציג ווי ער, און מיסעס באַכמאַן האָט מיר פרײַנדליך בעדאַנקסט פאַר׳ן קאָמפּלימענט.

„אָבער ווי זאָל מען פאָרט טאָן מיט די, וואָס קעגנען ניט פאַרטראָגען די קעלט? — האָב איך געפרעגט — און ווי זאָל מען טאָן אויב פאַר דעם צווייטען צד איז בײַ אַ פאַרמאַכטען פענסטער צו הייס און צו דושנע?"

באַכמאַן האָט אַלץ גע׳טענה׳ט אַז מען גיט זיך שוין ווי־עס־איז אַן עצה: מען מאַכט אַ פשרה. און איך האָב איהם ניט אָפּגעלאָזען און נעפּאָדערט ער זאָל מיר ניט אַנדערש זאָגען ווי מען וועט טאָן אין אַזא פאַל, וואָו מען קען זיין פשרה ניט מאַכען.

איינער פון די אַרגומענטען, וועלכע האָבען זיך אויסגע־אַרבייט אין מײַן מוח, איז באַשטאַנען אין פאָלגענדען: איבער־צײַגונגען זײַנען זיינען הייליג. עס זײַנען פאַראַן צײַטען, ווען אָפּצו־טרעטען פון אַ מיינונג איז אַ פאַרברעכען געגען דעם מענשען׳ס געוויסען. און דאָס שטימט דאָך גראַד מיט דעם אַנאַרכיסטישען פּרינציפּ אַז יעדענס ווילען און מיינונג איז הייליג. אַלזאָ, זײַנען

אַלעקסאַנדער יאָנאַס. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1908.
אַלעקסאַנדער יאָנאַס. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1908.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 288–289)

289פאַראַן פאַלען, ווען דער גוטהערציגער וואָס וויל נאָכגעבען בא־געהט אַ פאַרברעכען געגען זײַן אַנאַרכיסטישען איך; דאָס הייסט, אַז ער לאָזט פאַרגוואַלטיגען זײַן ווילען. ווען איך האָב דעם דיזען אַרגומענט פאַרגעבראַכט פאַר באַכמאַן׳ען, האָט ער אויף זײַן מילדען שטייגער צוגעגעבען, אַז דאָס איז אַ וויכטיגער פּונקט. ער האָט נאָר געהאַט איין אַנטוואָרט: מאַיאָריטעט־הערשאַפט איז טיראַניי, און די פרייהייט איז די הייליגסטע זאַך, וואָס איז פאַראַן אויף דער וועלט. דעריבער איז דער אַנאַרכיזם, מיט אַלע זײַנע שוועריגקייטען, אַלץ בעסער ווי יעדע אַנדערע סיסטעם.

איך בין אַוועק מיט דער איבערצײַגונג, ערשטענס אַז באַכ־מאַן איז אַ זעהר סימפּאַטישער מענש, און צווייטענס, אַז דער אַנאַרכיזם איז אַ פּלאָנטער פון ווידערשפּרוכען און אונזינען.

איך בין געקומען אַהיים אויס אַנאַרכיסט. איך בין יענע נאַכט געווען זעהר אויפגערעגט. מײַן געשפּרעך מיט באַכ־מאַנ׳ען איז בײַ מיר געווען אַ גרויסע לעבענס־פּאַסירונג. איך האָב די וויכטיגע פּונקטען פון אונזער געשפּרעך פאַרשריבען און די אַרגומענטען, וואָס איך האָב אַרויסגעשטעלט געגען באַכ־מאַנ׳ס ערקלערונגען, האָב איך שפּעטער אויסגענוצט אין אַר־טיקלען און לעקטשורס.

וואָס איז אָבער מכח די אַרגומענטען וואָס דער אַנאַרכיזם גיט געגען דעם סאָציאַל־דעמאָקראַטיזם? וועגען דעם האָב איך געמאַכט אַן אָפּאינטמענט מיט אַלעקסאַנדער יאָנאַס׳ן. מיט שעוויטש׳ן, דעם רום, וואָלט מיר נאַטירליך געווען פיל לײַכטער צו ריידען. אַ חוץ דעם בין איך מיט איהם געווען בעסער בא־קאַנט. אָבער דעריבער טאַקע האָב איך זיך געשעמט פאַר איהם מודה צו זײַן וועגען דעם טומעל וואָס האָט געהערשט אין מײַן מוח. מיט יאָנאַס׳ן האָב איך זיך איבערהויפּט געפיהלט לײַכטער. ער איז געווען אַזאַ גוטהערציגער, אַזאַ ליבליכער. איך האָב איהם באַטראַכט ווי אַן אָנקעל, אָדער ווי אַ גוטען לעהרער. שעוויטש׳ן האָב איך הויך געאַכטעט און באַוואונדערט, אָבער אַזוי נאָהענט ווי צו יאָנאַס׳ן האָב איך זיך צו איהם ניט געפיהלט. אפשר 290זײַנען שעוויטש׳ס אַריסטאָקראַטישע מאַניערען געווען די אור־זאַכע דערפון.

די דייטשע „פאָלקס־צייטונג" איז געווען אויף וויליאַם סטריט, אין בלאָק פון דעם ברוקלין בריגזש, און יאָנאַס׳עס אָפיס איז געווען אין אַ קליינינקען צימערעל (אָפּגעצאַמט מיט ברעטער) אויפ׳ן גראָונד פלאָר, צום־יאָרד־צו. דאָרטען האָב איך מיט איהם געהאַט אַ צוויי־שטונדיגען געשפּרעך. איך האָב איהם אויסגעזאָגט דעם גאַנצען אמת, איהם איבערגעגעבען די אַלע פראַגען און צווייפלען וואָס האָבען געשטערט מײַן רוה.

ער האָט מיר אַלץ פאַרענטפערט. אַזוי, ווענינגסטענס, האָט זיך מיר געדאַכט יענעם אָוונט. איך בין פון איהם אַוועק אַן אויפגערעגטער פון צופרידענהייט.

אויף מאָרגען האָבען מיך אַטאַקירט נײַע קשיות. איך האָב זיך צוגעכאַפּט צו יעדען בוך אָדער אָדער בראָשורע איבער׳ן סאָציאַליזם, וואָס איך האָב נאָר געהאַט אָדער געקענט קריגען אויף ענגליש אָדער רוסיש (דײַטש האָב איך אויך געקענט לעזען, אָבער אַלץ ניט אָהן שוועריגקייטען). גראָד איז אַרום יענער צײַט אין ניו יאָרק ערשינען אַן ענגלישע איבערזעצונג פון קאַרל מאַרקס׳עס „קאַפּיטאַל" (וועלכען איך האָב געלעזען אויף רוסיש זײַענדיג אין ווילנע), האָב איך זיך צו דעם איצט צוגעכאַפּט. דיזער טיפ־זיניגער ווערק האָט צו אַזעלכע ענינים ווי אָפּשטימונג און די מאָראַל פון מאַיאָריטעט־הערשאַפט קיין שײַכות ניט. ער האָט מיר אָבער קלאָרער געמאַכט דעם פונדאַמענט פון אַלץ. די גאַנצע וועלט האָט ער מיר קלאָר געמאַכט. איך האָב אויך איבערגע־לייענט אַנדערע סאָציאַליסטישע ווערק; איינינגע צום צווייטען מאָל, און אַנדערע צום ערשטען מאָל. ווידער בין איך אָפט געווען אין אַן אויפגערעגטען צושטאַנד. אָבער דיזען מאָל איז 291מיט אַ לײַדענשאַפּטליכער התמדה האָב איך דיזע אַלע ביכער געלעזען. זינט איך האָב געלייענט מאַרקס׳ן צום ערשטען מאָל זײַנען פאַראיבער זעקס יאָהר. איך בין איצט געווען זעקס יאָהר ענטוויקעלטער. דער מאַרקסיזם האָט בײַ מיר באַקומען אַ גאַנץ אַנדער פּנים. אָבער די זעקס יאָהר ענטוויקלונג איז ניט געווען די איינציגע אורזאַכע דערפון. איינינגע נײַע ביכער און בראָ־שורען האָבען מיר געהאָלפען דעם מאַרקסיזם פאַרשטעהן.

די וויכטיגסטע הילף האָב איך באַקומען פון צוויי ביכער. איינער איז געווען „נאַשי ראַזנאָגלאַסיא" (אונזערע מיינונגס־פאַרשידענהייטען, פון דעם רוסישען רעוואָלוציאָנער און דענקער פּלעכאַנאָוו, און דער צווייטער — אַ רוסישע איבערזעצונג פון אַ ווערק, וואָס איז געשריבען געוואָרען פון קאַרל מאַרקס׳עס מיטאַרבייטער, פרידריך ענגעלס; ריכטיגער געזאָגט, פון דעם וויכטיגסטען טייל פון דיזען ווערק. דער איבערזעצטער טייל האָט געטראָגען דעם נאָמען: „דער איבערגאַנג פון דעם אוטאָ־פּיסטישען סאָציאַליזם צו דעם וויסענשאַפּטליכען".

פּלעכאַנאָוו׳ס ווערק איז געווען אין דער פאָרמע פון אַן אָפענעם בריף צו פּעטער לאַוואָראָוו׳ן, דעם וויכטיגסטען דענקער און לעהרער פון די רוסישע רעוואָלוציאָנערען פון די זיבעציגטע און אָנהויב אַכציגסטע יאָהרען. דער בוך איז שוין בײַ מיר געלעגען אַ היבשע צײַט; געלעזען האָב איך איהם אָבער איצט צום ערשטען מאָל; קיין דירעקטע שײַכות צו דעם אונטערשיד צווישען דעם אַנאַרכיזם און דעם סאָציאַליזם האָט ער ניט געהאַט; ער האָט מיר אָבער קלאָרער געמאַכט די סאָציאַליסטישע טעאָריע; און אויב אין מײַן מוח איז נאָך פאַרבליבען דער קלענסטער שפּור פון אַנאַרכיזם, האָט דיזער בוך דאָס פאַרטריבען.

פּלעכאַנאָוו איז אַמאָל אַליין געווען אַן אַנאַרכיסט. איצט איז ער געוואָרען אַ פאָלשטענדיגער סאָציאַל־דעמאָקראַט. פריהער איז ער געווען געגען לאַוואָראָוו׳ס אידעען אויף דעם גרונד פון דעם אַנאַרכיזם. איצט איז ער געווען געגען זיי אַלס איבערצײַגטער מאַרקסיסט.

דיזער בוך פּלעכאַנאָוו׳ס איז געווען דער פונדאַמענט פון 292זײַן סאָציאַל־דעמאָקראַטישער טעאָריע פאַר רוסלאַנד, אַ טעאָריע פון וועלכער ניקאָלאי לענין איז שפּעטער געוואָרען אַן אָנהענגער*.

פּלעכאַנאָוו׳ס „אונזערע מיינונגס־פאַרשידענהייטען" ענטהאַלט אַ גלענצענדע ערקלערונג פון דעם מאַרקסיסטישען סאָציאַליזם, און האָט מיר געבראַכט די גרעסטע נוצען.

אָבער נאָך מעהר הילף האָב איך באַקומען פון ענגעלס׳עם דערמאָנטע ווערק (די רוסישע איבערזעצונג איז אַרויסגעגעבען געוואָרען פון דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטי, וועלכע פּלעכאַנאָוו האָט געגרינדעט). דעם עיקר פון דיזען ווערק האָב איך דערנאָך פּאָפּולאַריזירט אויף לעקטשורס.

דער טומאַן אין מײַן מוח איז שוין לאַנג צוגאַנגען. איך האָב שוין געהאַט קלאָרע איבערצײַגונגען אַלס סאָציאַל־דעמאָקראַט, אַלס מאַרקסיסט. איך בין צוגעקומען צו אַ ברעג. איך האָב געפיהלט אַ פעסטען באָדען אונטער מײַנע פיס.

איך האָב זיך פאַרשריבען אַלס מיטגליד פון דער סאָציאַליס־טישער אַרבייטער פּאַרטי. ווען איך האָב באַקומען די מיטגליד־קאַרטע, האָב איך געפיהלט אַזוי ווי אַ שטיין וואָלט מיר אַראָפּ פון האַרצען.

װוילהעלם ליבקנעכט.
װוילהעלם ליבקנעכט.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 292–293)
3
ווילהעלם ליעבקנעכט. — עלעאַנאָרא, די טאָכטער פון קאַרל מאַרקס, און איהר מאַן אַוועלינג.

293יענעם ווינטער האָט די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי נעהאַט געסט פון יוראָפּ, און זייער קומען איז געווען נוצליך פאַר מיר. עס האָט געהאָלפען פעסטער מאַכען דעם באָדען אונטער מיינע פיס.

די געסט זיינען געווען: דער באַרימטער ווילהעלם ליעבקנעכט, איינער פון די צוויי גרינדער און פיהרער פון דער דייטשער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און רעדאַקטאָר פון איהר הויפט אָרגאַן, בערלינער „פאָרווערטס"; קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער, עלעאַנאָרא, און איהר ענגלישער מאַן אַוועלינג.

די קבלת־פּנים־פאַרזאַמלונג איז געווען אין דעם גרויסען זאַל פון קופּער יוניאָן. עס איז געווען געפּאַקט, מייסטענס מיט דייטשען. ליעבקנעכט איז דאַן געווען אַ מאַן פון איבער זעכציג — מיט אַ שעהנער גרוייער באָרד, מיט אַ אינטערעסאַנטען הויך־אינטעליגענטען פּנים. עלעאַנאָרא מאַרקס־אַוועלינג איז געווען אַ פרוי פון אַ יאָהר צוויי־און־דרייסיג. זי האָט געהאַט אַ אידיש־חן'עוודיגען פּנים, אַ דונקעל ראָזעווען, מיט שעהנע שוואַרצע אויגען. זי האָט געטראָגען אַ פאַרצייטיג־גריכישען קאָסטיום פון גרינעם סאַמעט, און איהר אויסזעהן איז געווען זעהר איינדרוקספול. איהר מאַן איז געווען ניט קיין הויכער, מיט אַ גלאַט־געגאַלטען געזיכט, ווי אַ שוישפּילער. מען האָט זיי אַלעמען אויפגענומען מיט וואַרימע אַפּלאָדיסמענטען און באַגייסטערונגס־געשרייען. אָבער צו איהר האָט מען אַרויסגעוויזען אַ באַזונדערען אינטערעס. ערשטענס, האָט מען אויף איין מינוט ניט פאַרגעסען, אַז דאָס איז קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער; אַז קאַרל מאַרקס איז געווען דער פאָטער פון דער פרוי, וואָס שטעהט דאָ און רעדט. צווייטענס, איז זי געווען אַ גלענצענדע רעדנערין. און ווען שטעהענדיג פאַר'ן עולם אין איהר גרין־סאַמעטענער גרי־כישער קלייד, האָט זי אַרויסגערעדט איהרע ענגלישע ווערטער מיט אַ שעהנער שטימע פול מיט פייער, איז די ווירקונג געווען אַן אונ־ 294געוועהנליכע. אַזוי ווי זי וואָלט טאַקע פון דער פאַרצייטיגער גריכענלאַנד אַראָפּגעקומען. זי האָט גערעדט אַ פּרעכטיגען ענגליש. איהר אויסשפּראַך איז געווען מיט וווייכע דייטשע ריש'ען און עט־וואָס אונטער'ן צונג; אָבער דאָס האָט איהר לשון נאָר צוגעגעבען חן. דער עיקר איז אָבער געווען דער איינהאַלט פון דער רעדע. זי האָט אַרויסגעבראַכט אינטערעסאַנטע געדאַנקען.

זי איז געווען אַ זעלטען־געבילדעטע און פעהיגע פרוי, האָט גערעדט עטליכע שפּראַכען ווי מוטער שפּראַך און איז געווען אַ גלענצענדע שרייבערין.

אַ צווייטע רעדע איהרע, וועלכע איז פאַרבליבען אין מיין זכרון, האָט זי געהאַלטען אויף אַ באַזאַר צו גונסטען פון דעם „לי־דער", אויך אין דער קופּער־אינסטיטוט געביידע, נאָר אין דעם בייסמענט, אויף קאָרנער אַכטער סטריט און דריטער עוועניו. דער באַזאַר האָט אָנגעהאַלטען אַ גאַנצע וואָך, און אויך איהר רעדע, וועלכע זי האָט געהאַלטען אין אַ נאָכמיטאָג, איז געווען איינע פון די צו־ציהונגס־מיטלען, וואָס די קאָמיטע האָט צוגעגרייט. איהר טעמא איז געווען „דהי פּילגרים פאַדהערס" (די ערשטע אימיגראַנטען, וואָס זיינען געקומען פון ענגלאַנד קיין אַמעריקא).

ליעבקנעכט'ס וויכטיגסטע לעקטשור איז געגעבען געוואָרען ווידער אין דעם גרויסען קופּער יוניאָן זאַל. דיזען מאָל האָט ער פאַרנומען דעם גאַנצען אָוונד. ער האָט גערעדט וועגען דער באַ־וועגונג אין דייטשלאַנד, אָבער זיין פאָרטראַג איז געווען דורכ־געוועבט מיט באַמערקונגען וועגן דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער טאַקטיק בכלל, און פאַר מיר איז דאָס געווען וויכטיג. ער איז געווען אַ טאַלאַנטפולער זשורנאַליסט, מיט איינבילדונגס־קראַפט און מיט בליצען פון פּאָעזיע אין זיין שרייבען. און דיזע מעלות האָבען זיך געפיהלט אין זיינע רעדעס אויך. פאַר מיר איז דאָס וויכטיג־סטע געווען דאָס, וואָס ער האָט געזאָגט וועגען דער סאָציאַל־דע־מאָקראַטישער פּראָגראַם גופא.

יענעם אָוונד האָט ער איבערגעזאָגט אַ באַריהמט געוואָרענעם אַנטוואָרט, וואָס ער האָט אַמאָל געגעבען אַ קאַפּיטאַליסטישען דע־ 295פּוטאַט אין רייכסטאַג. יענער האָט באַמערקט, אַז ער, ליעבקנעכט, איז שוין ניט יונג, אַז ער איז שוין זעכציג יאָהר אַלט. האָט ליעב־קנעכט געענטפערט, אַז ווען מען דאַרף, איז ער „ניט זעכציג, נאָר צוויי מאָל דרייסיג".

אַ צווייטע באַקאַנטע באַמערקונג זיינע, וועלכע ער האָט איבערגעזאָגט אין דיזען אָוונד, איז געווען:

„טאַקטיק איז אַ פראַגע פון פּראַקטישקייט. ווען די אומ־שטענדערען זאָלען זיך ענדערען יעדע 24 שטונדען, וועלען מיר יעדע 24 שטונדען ענדערען אונזער טאַקטיק".

אַוועלינג איז געווען אַ וויסענשאַפטסמאַן (זיין ספּעציאַליטעט איז געווען נאַטור־וויסענשאַפט); זינט אָבער ער איז באַקאַנט גע־וואָרען מיט עלעאַנאָרא מאַרקס, האָט ער זיך גענומען פאַר'ן וויסענ־שאַפטליכען סאָציאַליזם און האָט אַנגעשריבען אַ פּאָפּולערע ער־קלעהרונג איבער דער לעהרע פון קאַרל מאַרקס. זיינע לעקטשורס איבער'ן מאַרקסיזם אין ניו יאָרק זיינען געווען אינהאַלטסרייך און ערפאָלגרייך. איך האָב קיינע פון זיי ניט פאַרפעהלט. נאָך יעדער לעקטשור פלעג איך פאַרבלייבען איהם צו שטעלען פראַגען וועגען דעם ענין פון דער לעקטשור אָדער וועגען אַנדערע פּונקטען פון דעם מאַרקסיזם. איינמאָל האָבען מיר אַזוי פאַרבראַכט אַ לאַנגע צייט צוזאַמען. אַ געוויסע שטעלע אין „דאָס קאַפּיטאַל" איז מיר געווען קשה. איך האָב איהם אַנגעוויזען אויף דער דאָזיגער שטעלע, און ער האָט מיר געגעבען זיין ענטפער. איך בין ניט געווען צופרידען, און צווישען אונז האָט זיך פאַרצויגען אַ שטיקעל דעבאַטע. ביי אַן אַנדער געלעגענהייט איז ליעבקנעכט געווען דערביי. ער האָט גערעדט ענגליש (ער האָט אַ געוויסע צייט געוואוינט אין לאָנדאָן), און אויף איין פראַגע מיינער וועגען אַ געוויסער אָנווענדונג, וואָס די אַנאַרכיסטען מאַכען געגען דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער טאַק־טיק, האָט ער מיר געענטפערט מיט אַ פאָלשטענדיגער ערקלעהרונג.

אין דער צייט, ווען די דריי געסט זיינען געווען אין ניו יאָרק, האָט מיט ליעבקנעכט'ען און אַוועלינג'ען געטראָפען אַזא געשיכטע: אַ רייכער אַמעריקאַנער, וועלכער איז באַקאַנט געוואָרען מיט עווע־ 296לינג'ען אין לאָנדאָן, האָט איהם דאָ איינגעלאַדען צו זיך אין קלוב און צוזאַמען מיט איהם — זיין מיטרייזענדען, ליעבקנעכט'ען (אין לאָנדאָן האָט אַוועלינג יענעם געוויזען גאַסטפריינדליכקייט, האָט ער איהם געוואָלט אָפּצאָהלען). דער קלוב איז געווען דער אַריסטאָ־קראַטישער „יוניאָן ליעג קלוב", איינער פון די רעאַקציאָנערסטע.

די צוויי געסט זיינען געקומען. דער קלוב־מעמבער האָט זיי מכבד געווען מיט דינער. פּלוצלינג האָט אַ פאָרשטעהער פון דעם קלוב אָפּגערופען דעם אַמעריקאַנער אָן אַ זייט און איהם ערקלעהרט, אַז זיינע געסט מוזען אויפ'ן שטעל פאַרלאָזען דעם פּלאַץ. מען האָט זיך דערוואוסט, אַז ליעבקנעכט איז דער פיהרער פון די סאָציאַלי־סטען אין דייטשלאַנד, און אַז אַוועלינג איז אַן איידעם פון קאַרל מאַרקס. עס איז געוואָרען אַ גערודער. די מעמבערס האָבען ניט געקענט פאַרטראָגען די אָנוועזענהייט פון אַזעלכע „טריפה" מענשען אין זייער קלוב.

אויף מאָרגען האָבען אַלע צייטונגען דערצעהלט די געשיכטע. די האַנדלונג פון די „איידעלע" מיליאָנערען האָט פּשוט גע־שמעקט מיט גראָב־יונגישקייט און איינינע רייכע אַמעריקאַנער האָבען איהר אויך פאַרדאַמט.

אַוועלינג האָט וועגען דעם ענין גערעדט אויף איינער פון זיינע לעקטשורס. אימיצער האָט געשטעלט אַ פראַגע וועגן דער אַנגעלע־גענהייט, און ער האָט זיך אויף איהר אָפּגעשטעלט איינינע מינוט. ער האָט ערקלעהרט, אַז די לייט פון דעם אַריסטאָקראַטישען קלוב זיינען פּשוט ניט קיין ערצויגענע מענשען, און אַז אין ענג־לאַנד וואָלט אַזא זאַך געווען אונמעגליך.

4
די ניי־אָדעסער קאָמונע פאַלט דורך. — ווי די מיטגלידער האָבען געלעבט צווישען זיך. — מיינע דעבאַטען מיט קאַפּלאַן'ען וועגען דער געפאַלענער קאָמונע.

אין נאָוועמבער פון יענעם יאָהר האָט מיין פריינד און אַמאָלי־גער שכן, פּאַול קאַפּלאַן, און איינינע אַנדערע מיטגלידער פון דער ניי־אָדעסער קאָמונע זיך אומגעקעהרט פון אָרעגאָן, און אינדירעקט

עלעאָנאָרא מאַרקס-עוועלינג. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1891.
עלעאָנאָרא מאַרקס-עוועלינג. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1891.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 296–297)

297האָט דאָס אויך געהאָלפען מיינע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע איבער־צייגונגען.

זייער קאָמונע האָט געפּלאַצט. מעהר ווי אַ העלפט פון די מיטגלידער האָבען פאַרלאָזען די געזעלשאַפט. די איבעריגע, מיט קאַפּלאַן'ען צווישען זיי, האָבען אויפגעהאַלטען די אָרגאַניזאַציע און זיי זיינען געקומען קיין ניו יאָרק מיט'ן צוועק פאַרצוזעצען זייער קאָמוניסטישען לעבען אין שטאָדט.

זיי האָבען זיך באַזעצט ווי אַ פאַמיליע (אין אַ נייער טענעמענט הויז אויף העכרי סטריט ,ניט ווייט פון דעם אָרט, וואו זי קומט זיך צונויף מיט גרענד), און דאָס געלט, וואָס זיי האָבען געבראַכט פון אָרעגאָן, האָבען זיי אַריינגעלייגט אין אַ לאָנדרי, וועלכע זיי האָבען געגרינדעט אויף עססעקס סטריט, לעבען גרענד, און וועלכע זיי האָבען איינגעסטראָיעט מיט די נייעסטע מאַשינעריי. כמעט די גאַנצע אַרבייט איז געטאָן געוואָרען פון די מיטגלידער. איינער פון די וויכטיגסטע און סימפּאַטישסטע פון זיי, אַ באַלעזענער אָדעסער סטודענט מיט'ן נאָמען פיערמאַן, אַ הויכער יונגערמאַן מיט דונ־קעל־רויטע וואָנצעס, פלעגט געהן מיט אַ גרויסען זאַק פון קאַס־טאָמער צו קאַסטאָמער נאָך שמוציגע וועש. די איבעריגע האָבען געאַרבייט אין דער לאָנדרי גופא. קאַפּלאַן איז געווען דער גע־שעפטס־פיהרער.

פאַרוואָס האָט זייער קאָמוניסטישע פאַרם אין אָרעגאָן קיין קיום ניט געהאַט?

איינינע פון די אורזאַכען, וואָס זיינען זיי געשטאַנען אין וועג, האָבען געהאַט אַן עקאָנאָמישען כאַראַקטער; אַנדערע אַ גייסטיגען. איך האָב אין ביידע סאָרטען געזעהן אַ באַשטעטיגונג פון דער מאַרק־סיסטישער טעאָריע.

נאָר לאָמיר צוערשט איבערגעבען די פאַקטען, ווי איך האָב זיי געהערט פון די מיטגלידער פון דער קאָמונע. איך מיין ווי איך האָב זיי געהערט גלייך דאַן, ווען זיי האָבען זיך אומגעקעהרט פון אָרע־גאָן, און ווידער אַמאָל מיט עטליכע און דרייסיג יאָהר שפּעטער. וואָרים מיט עטליכע טעג איידער דיזע צייילען זיינען געשריבען געוואָרען, האָב איך זיך ספּעציעל געזעהן מיט אַ פּאָר פון די אַמאָליגע ניי־אָדעסער קאָמוניסטען און האָב מיינע „סעקאָנד־העגדינגע" עראַי־ 298גערונגען פאַרגליכען מיט זייערע אייגענע אָריגינעלע עראַינערונגען. דאָס דאַרף יעדענפאַלס זיין ניט אונאינטערעסאַנט, וואָרים פון אַלע אונזערע אימיגראַנטען, וואָס זיינען נאָך די ערשטע פּאָגראָמען גע־קומען קיין אַמעריקא מיט קאָמוניסטישע פּלענער, איז דיזע גרופּע געווען די איינציגע, וואָס האָט זיך ערנסט גענומען איהר אידעאַל צו פאַרווירקליכען. פאַרוואָס־זשע האָט זיך זייער פּראָבע גע־ענדינגט מיט אַ דורכפאַל?

אין סך־הכל זיינען געווען אַרום פערציג מיטגלידער, מענער און פרויען; און מייסטע פון זיי, אויב ניט אַלע, זיינען אַהין גע־פאָהרען מיט אַן אמת'ער באַגייסטערונג. אָבער די ערפאָהרונגען, וואָס זיי האָבען דורכגעמאַכט, זיינען געווען פאַרבונדען מיט אונ־אַנגענעהמע אומשטענדען, וועלכע דיזע יונגע ענטוזיאַסטען האָבען פריהער ניט פאָראויסגעזעהן. זייער באַגייסטערונג האָט זיך יעדען טאָג אָפּגעשלאָגען אָן דער האַרטער ווירקליכקייט, אַזוי ווי אַ שיף שלאָגט זיך אָפּ אָן גרויזאַמע פעלזען. די שיף איז צוקלאַפט געוואָרען.

גלייך פון אָנהויב האָט זיך גענומען פיהלען, אַז די שווערע פיזישע אַרבייט, וועלכע די מעמבערס האָבען געהאַט צו טאָן, איז ניט נאָך זייערע כחות, געוואואינהייטען אָדער נייגונגען.

דער פאַרם וואָלט געגאַנגען גוט, הויפּטזעכליך אַ דאַנק דעם אַנטייל פון אַן אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען גאַסקין, וועלכער איז צוגעשטאַנען צו דער קאָמונע. ער איז געווען אַ געניטער פאַרמער און האָט אַלץ געפיהרט מיט פעהינקייט און אָרדנונג. אָבער דאָס וואָלט ניט געווען גענוג פאַר פערציג מענשען צו לעבען. האָט מען געמוזט האַקען האָלץ אויף „שפּאַלען" פאַר די דערבייאיגע אייזען־באַהנען. די קאָמוניסטען האָבען אַרונטערגעזעגט בוימער און זיי צוהאַקט אויף „קאָרדס", לויט די באַדערפעניש פון די אייזען־באַהנען. דאָס רוב פון די יונגעלייט האָבען פריהער קיין פיזישע אַרבייט קיינמאָל ניט געטאָן. און הגם פון אָנהויב האָבען זיי געגלויבט אין דער הייליגטום פון אַזא סאָרט באַשעפטי־גונג און געטרוימט וועגען איהר, האָט זיך אָבער אַרויסגעצייגט, אַז טרוימען איז איין זאַך און פאַרווירקליכען דעם טרוים איז אַ גאַנץ אַנדער זאַך.

299דאָך, ווען דער גייסט וואָלט געווען צופרידען, וואָלט דער גוף געקענט אַלץ בייקומען. וואָס טוט מען ניט צוליב גייסטיגען גליק? דאָ איז אָבער קיין גליקליכער גייסטיגער לעבען ניט געווען. די פריינדליכע פאַרהעלטניסען זיינען צושטערט געוואָרען.

איינינע זיינען אַבסאָלוט ניט געווען אין שטאַנד צו טאָן די שווערע אַרבייט און זיי האָבען פאַרבראַכט די צייט ענטוועדער אויף זייטינע קלייניגקייטען, נוצליכע צי ניט־נוצליכע; אָדער זיי האָבען גאָרניט געטאָן. אָט דורך דעם האָבען זיך אָנגעהויבען צרות.

די וואָס האָבען יאָ געטאָן די שווערע אַרבייט, האָבען די ערשטע טעג זיך געפרואוווט איינריידען, אַז זיי זיינען העכסט צו־פרידען, וואָרים זיי זיינען דאָך אַלע ווי איין פאַמיליע; אָבער אַפילו אין איין פאַמיליע קריגען זיך דאָך אויך שוועסטער, ווען איינע פוילט זיך צו אַרבייטען און דער אַנדערער קומט אויס צו אַרבייטען צופיל.

אין דער צייט וואָס מיטגליד נומער 1 זעגט און האַקט האָלץ, שטעהט מיטגליד נומער 2 און מישט כלומר'שט קאָ־שע און שמועסט מיט די פרויען. מיטגליד נומער 3, וועלכער איז אַ הויכער געזונטער יונג, אַ ריז, קען אַבסאָלוט ניט טאָן קיין פיזישע אַרבייט, ווייל ער האָט פילע יאָהרען פאַרבראַכט אַלס בוכ־האַלטער אין אַן אָדעסער באַנק און די איינציגע געצייג וואָס ער איז געוואואינט צו געברויכען איז אַ פעדער. אַזוא, דערהט ער זיך אַרום אַ גאַנצען טאָג און טוט עפּעס אַ קלייניגקייט, פון וועלכער די האַלץ־העקער מאַכען חוזק. ווי דער געוועזענער בוכהאַלטער פיהלט זיך ווען ער דערוויסט זיך דערפון, קען מען זיך לייכט פאָרשטעלען.

צו קיין געוואַלדיגע סצענעס איז קיין מאָל ניט געקומען, אַפילו צו אַ צו־ווערטלען זיך אין דער הויך אויך ניט; וואָ־רים די פערציג מיטגלידער זיינען גראַד אַלע געווען שטילע מענשען. אָבער אויף אַ שטילען שטייגער האָט זיך פאַר־שפּרייט אַ געגענזייטיגע אומצופרידענהייט, וועלכע איז געוואָק־סען און געוואַקסען. און פון דער דאָזיגער אומצופרידענהייט האָבען אַרויסגעשפּראָצט מיספאַרשטענדנישען, פּלאָטקעס, גיפ־טינע שפּאַסען הינטער די אויגען א. אז. וו.

300אַ צווייטער סאָרט אומצופרידענהייט, איינער פון די וויכ־טיגסטע, האָט געשטאַמט פון דעם, וואָס דער לעבען אין דער קאָמונע איז געווען צו לאַנגווייליג פאַר די מיטגלידער. זיי זיינען מייסטענס געווען שטאָדט־מענשען, דאָס רוב אָדעסער, און צו דעם שטילען לעבען פון אַ דאָרף זיינען זיי ניט געווען געוואואינט. די איינטאָניגקייט, מיט וועלכער עס זיינען פאַר־בייגעגאַנגען די טעג און די אָוונטען, האָט זיך וואָס ווייטער געפיהלט אַלץ שטאַרקער.

אַ סך טראָבעל איז אַרויסגעקומען צוליב דער געשלעכט־פראַגע. עס זיינען געווען פאַרשידענע פאַלען פון אייפערזוכט. צווישען די מעמבערס איז געווען אַ קליינע צאָהל פאַרהיירײַטע; ווייטער זיינען געווען עטליכע מיידלאַך, און אַ גרויסע מאַיאָ־ריטעט איז באַשטאַנען פון יונגע לייט. מיידלאַך איז געווען צו ווייניג. זיינען פאָרגעקומען פאַרשידענע ליבעס־פּלאַנטערס. טיילווייז אָפענע, אָבער מייסטענס ניט קיין אָפענע. אין דער קאָמונע איז אָנגעגאַנגען פרייע ליבע, אָבער אין אַ קליינער מאָס. יונגע לייט וואָס האָבען געבענקט נאָך ליבע, האָבען צו דער אַלגעמיינער שווערער שטימונג צוגעלייגט די אומצופרידענהייט וועלכע האָט מייסטענס געשטאַמט פון געשלעכט־איינזאַמקייט, און אָפט פון אייפערזוכט אויך.

פילע מעמבערס האָבען אויך שטאַרק געליטען פון דעם, וואָס אין דער קאָלאָניע איז ניט געווען גענוג פּריוואַטקייט. ווען איינער האָט געוואָלט זיין אַ געוויסע צייט מיט זיך אַליין, איז איהם דאָס ניט געווען לייכט אויסצופיהרען. די ניט־פאַרהיירײַטע מענער האָבען אַלע געשלאָפען צוזאַמען אין אַ שייער. יעדע פאַרהיירײַטע פּאָר האָט געהאַט אַ באַזונדערען צימער; אָבער פאָלשטענדיג פּריוואַט האָבען זיי זיך דאָרטען ניט געקענט פיהלען. אָט, צום ביישפּיל, ווייל אַ פּאָר פאָלק בלייַ־בען אַ פּאָר שטונדען אין זייער צימער אָפּגעזונדערט פון די אַנדערע, קומט אַריין איינער פון די מעמבערס מיט אַ בוך און זעצט זיך אַוועק ביי זייער טיש לעזען. מען בעט איהם אויף אַן איידעלען שטייגער, אַז ער זאָל זיך געפינען אַן אַנדער פּלאַץ. ער וויל אָבער ניט. ער פּראָטעסטירט אין נאָמען

פּאָל קאַפּלאַן.
פּאָל קאַפּלאַן.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 300–301)

301פון קאָמוניזם. דער צימער געהערט צו איהם פּונקט ווי צו זיי, זאָגט ער, און זייער פאָדערונג אַז ער זאָל אַרויסגעהן איז אַ פאַרברעכען געגען דעם קאָמוניסטישען געפיהל.

איינינע מיטגלידער האָבען אָפט צוזאַמענגעמישט זייער קאָמוניזם מיט אַ באַגריף וועגען עסען פון איין שיסעל און שלאָפען אין איין בעד־רום. זיי האָבען זיך פאָרגעשטעלט, אַז איינס אָהן דעם צווייטען געהט ניט. אַז מען קען לעבען קאָמוניסטיש וואו אינענדיג אין באַזונדערע צימערען און שעצען־דיג דעם אַנדערענס פּריוואַט לעבען — דאָס איז זיי ניט איינגעפאַלען.

דאָך זיינען פון אַזעלכע אורזאַכען קיין גרויסע צוזאַמענשטוי־סען ניט פאָרגעקומען; און אין סך הכל איז דער אַלגעמיינער פרידען דורך זיי ניט צושטערט געוואָרען. ווען צווישען די מיטגלידער וואָלטען זיך געפונען עטליכע מענשען מיט ביי־זערע אָדער הייסערע טעמפּעראַמענטען, וואָלט וואַרשיינליך געווען פיל ערגער. אויב אָבער אויסערליך איז פון אַזעלכע אור־זאַכען דער ברידערליכער גייסט ניט צובראָכען געוואָרען, האָט זיך אינערליך, אין די הערצער פון די מיטגלידער, דורך זיי געקליבען אַ שטימונג, וועלכע האָט דער קאָמונע געגעסען ווי ראָסט עסט אייזען.

אַ גרעסערע און אָפענערע שטערונג איז אַרויסגעקומען פון מיינונגס־פאַרשידענהייטען צווישען וויליאַם פרעי'ען און קאַפּ־לאַן'ען. פרעי האָט געשטרעבט די קאָלאָניע צו מאַכען פאַר אַ פּאָזיטיוויסטישע. ער האָט געוואָלט אַז די מיטגלידער זאָ־לען לעבען אויף זיין „רעליגיעזען" שטייגער: זיך פיהרען דורכ־אויס לויט אוגוסט קאָנט'ס „רעליגיע פון דער מענשהייט", און דערצו נאָך ניט עסען קיין פלייש; און קאַפּלאַן האָט זיך גע־שטעלט דאַגעגען און שאַרף קריטיקירט פרעי'ס פּראָגראַם.

אין דער קאָמונע איז געווען אַן אָרגעל, פלעגט מען זין־גען פּאָזיטיוויסטישע לידער און באַגלייטען אויף איהם די גע־זאַנג. דאָס אַלץ איז געווען דורך פרעי'ס איינפלוס. און דאָס רוב מעמבערס זיינען געווען צופרידען, איינפאַך ווייל דאָס איז געווען אַ שטיקעל צייט־פאַרטרייב. קאַפּלאַן אָבער פלעגט 302דערביי צושמייכלען גיפטיג; און דורך דעם פלעגט דער פריד־ליכער גמית פון די מיטגלידער פאַרשטערט ווערען.

אמת באַקעהרט צום פּאָזיטיוויזם זיינען אין דער קאָמו־נע געווען נאָר אַ פּאָר (איינער פון זיי איז געווען אַ ברודער פון דער באַריהמטער שוישפּילערין סערע אַדלער), די איבע־ריגע האָבען איינפאַך ניט געהאַט דאָס האַרץ פרעי'ען צו אַנטזאָ־גען. וואָרים ער האָט אַלץ געטאָן אויף אַ פריינדליכען שטיי־גער; ער האָט זיך קיין מאָל צו קיינעם ניט באַנומען גראָב; קיין מאָל אויף קיינעם ניט געוואָרען בייז. און ער אַליין האָט ווירקליך געלעבט ווי אַ הייליגער. מען האָט איהם געקענט טאָן די גרעסטע פּערזענליכע עולה, האָט ער דאָס פאַרטראָגען, און איז געבליבען אמת געפריינדליך. מען האָט איהם געאַכטעט דער־פאַר און מען האָט איהם אויך געאַכטעט ווייל ער איז געווען אַ הויך געבילדעטער מאַן און פיל עלטער ווי די מייסטע מעמ־בערס, און נאָך אַ קריסט און אַן אַריסטאָקראַט דערצו.

זיין איינפלוס איז דאַריבער געווען פיל גרעסער ווי קאַפּ־לאַן'ס, זיין פּאָזיטיוויסטישע פּראָפּאַגאַנדע איז אָבער די מעמ־בערס ביסלעכווייז געוואָרען צו לאָסט.

מען קען ניט זאָגען, אַז די קאָלאָניע איז צוטיילט גע־וואָרען אויף צוויי פּאַרטייען: פּרעיאיסטען און קאַפּלאַניס־טען; אָבער דורך די דעבאַטען און דורך קאַפּלאַן'ס אומ־פריינדליכע שמייכלען, איז דער פרידען אין איהר פיל גע־שעדיגט געוואָרען.

ספּעציעלע מיטינגען, אין באַשטימטע טעג, פלעגען אָפּ־געגעבען ווערען צו געגענזייטיגער קריטיק. איינער געהמט, צום ביישפּיל, דאָס וואָרט און הויבט אָן אָנצואווייזען אויף די פעהלערען פון אַ צווייטען מיטגליד. געהייסען האָט דאָס אַז מען איז בודק די מאָראַל איינע ביי די אַנדערע, אין די אינ־טערעסען פון דער גאַנצער קאָמונע, און פון יעדען מעמבער באַזונדער — אַזוי, למשל, ווי צוויי אידען שלאָגען מלקות איי־נער דעם אַנדערען. דער מיין דערביי איז געווען אַ גוטער; אָבער מענשען זיינען מענשען, און די פאָלגענדע סצענע איז געווען אַ גאַנץ אָפטע ערשיינונג: מען קריטיקירט אַ מיט־ 303גליד, און אָנשטאָט אויסצוהערען די קריטיק מיט אַ ברידערלי־כען געפיהל און מיט פרומער גוטמוטיגקייט, ווערט יענער בייז און פאַרלאָזט דעם מיטינג.

דער רעזולטאַט איז געווען, אַז כמעט גלייך פון אָנהויב האָט זיך גענומען פיהלען, אַז די קאָמונע וועט זיך לאַנג ניט האַלטען. איינינע האָבען אויפ'ן שטעל גענומען קלערען ווע־גען באַפרייען זיך. אַנדערע זיינען צוערשט געווען באַגייס־טערט און זיי האָבען זיך געפרואוט איינריידען אַז זיי זיי־נען גליקליך, אָבער ביי זיי האָט זיך דיזער געפיהל אויך לאַנג ניט געהאַלטען.

די אָרעגאָנער אונטערנעהמונג איז ענדליך אויפגענעבען גע־וואָרען און פילע פון די מעמבערס זיינען פון דער אָרגאַניזאַציע אין גאַנצען אַרויסגעטראָטען.

אין ניו יאָרק, אַלזאָ, האָבען די איבערגעבליבענע געפרופט פאַרצוזעצען דעם קאָמוניסטישען לעבען. אָבער דאָ האָט דאָס גע־האַט פּונקט אַזוי ווייניג קיום ווי אין אָרעגאָן. די לאָנדרי איז ענדליך פאַרקויפט געוואָרען און די מעמבערס זיינען זיך צוגאַנ־גען. זיי זיינען זיך געבליבען גוטע פריינד און זייער פּראָבע צו גרינדען אַ קאָמונע איז געבליבען ביי זיי אַן אַנדענקען — אי אַן אַנגענעמער אי אַ טרויעריגער, ווי פילע אַנדענקענס זיינען.

דער דורכפאַל פון דער ניי־אָדעסער קאָמונע איז פאַר מיר געווען אַ באַשטעטיגונג פון דער מאַרקסיסטישער לעהרע. איך האָב אין דער טראַגעדיע הויפּטזעכליך געזעהן צוויי פּונקטען, ביידע ריין מאַרקסיסטישע.

די הויפּט אורזאַכע פון דער אונצופרידענהייט איז, לויט מיין מיינונג, געווען די שווערע אַרבייט און דער שווערער געמיט וואָס זי האָט געשאַפען. און פאַרוואָס האָבען די מיטגלידער געדאַרפט אַרבייטען אַזוי שווער? ווייל די אייזענבאַהן קאָמ־פּאַניעם, פאַר וועלכע זיי האָבען געזעגט און געהאַקט האָלץ, 304און די קאַפּיטאַליסטישע וועלט אין אַלגעמיין האָבען זיי עקס־פּלואַטירט.

„איהר זייט ניט געווען קיין אמת'ע קאָמונע; אַלס האָלץ־העקער זייט איהר איינפאַך געווען אַ גרופּע פּראָלעטאַריער — פלעג איך טענה'ן אין מיינע געשפּרעכען מיט קאַפּלאַן'ען — און אַלס פאַרמערס האָט אייך באַרויבט די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם, פּונקט ווי זי באַרויבט אַלע אַנדערע פאַרמערס. אויף יעדען דאָלאַר וואָס איהר האָט פאַרדינט זיינען באַפאַלען אַלערליי ליידיג־געהערס: שער־האָלדערס פון די באַהנען, וועלכע פיהרען אייערע פּראָדוקטען, גרויסע העגדלער, מיטעלע העגדלער, קליינע העגדלער, באַנקירען, אַגענטען, און אַזוי ווייטער און ווייטער. דעריבער האָבען אייערע מיטגלידער געמוזט אַרבייטען אַזוי שווער; און דערפון האָט זיך דאָס גענומען די שלעכטע שטימונג. ווען איהר וואָלט געאַרבייט ווייניגער שטונדען, וואָלט די אַר־בייט געווען אַ פאַרגעניגען אַפילו פאַר די וואָס זיינען צו פיזי־שע אָנשטרענגונגען ניט געווען געוואואינט; וואָלטען זיי פון זייערע פליכטען זיך ניט אַרויסגעדרעהט. און די אַנדערע וואָל־טען אויף זיי ניט געקוקט קרום. עס וואָלט זיך איבערהויפּט געלעבט בעסער, און אַ בעסערער מאַטעריעלער לעבען וואָלט גע־שאַפען אַן אַנגענעמערע שטימונג און פריינדליכערע געפיהלען פון איינעם צום אַנדערען".

מיין צווייטער אַרגומענט איז באַשטאַנען אין פאָלגענדען:

דער היינטיגער מענש איז מיט זיין כאַראַקטער צו אַ קאָ־מוניסטישען לעבען ניט צוגעפּאַסט. אונזער מאָראַל איז אַ פּראָ־דוקט פון די עקאָנאָמישע אומשטענדען, אונטער וועלכע מיר ווערען געבאָרען און האָדעווען זיך.

אַלזאָ, אויב די מיטגלידער פון ניי־אָדעסא האָבען ניט גע־קענט שטימען אין אַ קאָמונע, הייסט דאָס, אַז די נאַטורען, וועל־כע זיי האָבען אַהין געבראַכט פון דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט, זיינען ניט פעהיג צו אַ קאָמוניסטישער מאָראַל. די עקאָנאָמישע פיהרונגען פון דער וועלט מוזען צוערשט געענדערט ווערען אויף קאָמוניסטישע; דאַן וועלען ביסלעכווייז אַרויסקומען מענשען מיט 305קאָמוניסטישע נשמות; און דאַן ערשט וועט קענען עקזיסטירען קאָמוניזם.

די אַרגומענטען וואָס איך האָב קאַפּלאַן׳ען געגעבען, געדענק איך מיט אַלע איינצעלהייטען. וואָרים איך האָב עטליכע מאָל געהאַלטען לעקטשורס איבער דיזער טעמא — צוערשט אויף רוסיש, און שפּעטער אויף ענגליש.

קאַפּלאַן איז מיט מיר ניט געווען איינפאַרשטאַנען. ער האָט די נידערלאַגע פון זיין קאָמונע ערקלערט מיט געוויסע צופעליגע אורזאַכען, וועלכע וואָלטען געקענט באַזייטיגט ווערען, לויט זיין מיינונג. ער האָט געהאָפט אַז די ניי־אָדעסא קאָמונע וועט סוף כל סוף דאָך זיין ערפאָלגרייך. און איך פלעג זיך קלערען, אַז ער ענטפערט ניט אויף מיינע אַרגומענטען און אַז ער רעדט אַזוי, ווייל ער האָט ניט אַריינגעדרונגען אין דעם מאַרקסיזם.

נאָך מיט פינף יאָהר פריהער, אין די ערשטע עטליכע מאָנאַט וואָס איך האָב פאַרבראַכט אין אַמעריקא, האָב איך פאַרשטאַנען אַז דער סאָציאַליזם אָדער קאָמוניזם קען ניט קומען אַלס אַ קליינער סעמפּעל פון אַ גרויסער אַלוועלטליכער זאַך, פּונקט ווי איין ציגעל קען ניט דינען אַלס אַ סעמפּעל פון אַ גאַנצען מויער; און איצט האָב איך דאָס פאַרשטאַנען נאָך קלעהרער און טיפער. איך בין איצט געווען איבערצייגט, אַז דער סאָציאַליזם מוז קומען דורך אַ סאָציאַלער רעוואָלוציע; אַז אַ סאָציאַלע רעוואָלוציע איז אַ וועלט רעוואָלוציע, און אַז די דאָזיגע איבערקערעניש פון קאַפּיטאַליזם אויף סאָציאַליזם מוז קומען אַלס אַ נאַטירליכע סאָציאַלע ענדערונג. היינט וואָס פאַר אַ שייכות קען דערצו האָבען אַ גרופּע אידעאַליסטען, וועלכע וואָלען שוין לעבען אויף אַ קאָמוניסטישען שטייגער? דאָס איז איינס. צווייטענס, ווי אַזוי קען האָבען אַ קיום אַ קליינע, אָרימע קאָמוניסטישע געזעלשאַפט, וואָס איז אַרומגערינגעלט מיט אַ ריזיגער, אַלמעכטינער קאַפּיטאַליסטישער וועלט, פון וועלכער זי איז אָפהענגיג אויף טריט און שריט? די קאַפּיטאַליסטישע וועלט עקספּלואָטירט איהר. זי באַרויבט איהר; זי עסט אויף איהר קערפּער און איהר גייסט.

5
אַן אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער קלוב. — מיסס דזשאהנסאָן. — מיסעם לעאָנארד. — עדגאַר סאָלטום. — יוגא פּאָכט. — וואָלטער ווורומען.

306ווען איך בין געוואָרען אַ מיטגליד אין דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער־פּאַרטיי, האָב איך מיין טעטיגקייט הויפּטזעכליך אָפּגעגעבען איהר אַמעריקאַנער סעקשאָן (דאָס הייסט, דער אָפּטיילונג אין וועלכער מען האָט נאָר גערעדט ענגליש). זונטאָג נאָכמיטאָג פלעג איך געוועהנליך באַזוכען די רוסישע פאַרזאַמלונגען, אין 165 איסט בראָדוויי, וואו איך פלעג אָפט האַלטען אַ לעקטשור, און כמעט אימער זיך באַטייליגט אין די דעבאַטען. איך פלעג אויך אַגיטירען אויף אידישע מיטינגען; אָבער מיין גרעסטער אינטערעם איז געווען אין די אַמעריקאַנער פאַרזאַמלונגען.

די הויפּט־קוואַרטיר פון דער ״סעקשאָן״ איז געווען אַ לאַנגער זאַל אויף דעם ערשטען פלאָר פון אַן אַלטער געביידע אויף דער 8טער סטריט, ניט ווייט פון בראָדוויי. ביי איין וואַנט האָבען זיך געצויגען לאַנגע פּאָליצעס, און אויף אַ פּאָר פון זיי זיינען געשטאַנען אָדער געלעגען ביכער און בראָשורען. אַ גאַנץ נעבעכ־דיגע ביבליאָטעק איז דאָס געוועזען. די צאָל פון סאָציאַליסטישע ביכער און בראָשורען אויף ענגליש איז דאַן איבערהויפּט געווען קליין. אונזער ביבליאָטעק האָט אַ חוץ זיי ענטהאַלטען סתם ראַ־דיקאַלע אָדער עפּיקורסישע ביכער און בראָשורקעס, עטליכע בענדער פון הערבערט ספּענסער׳ם ווערק און עטליכע צעהנדליג אַנדערע ביכער, אַ טייל פון זיי אָפיציעלע באַריכטען פון וואַ־שינגטאָן.

אין דעם זאַל פלעגען געהאַלטען ווערען די לעקטשורס און געשעפטס־פאַרזאַמלונגען פון דער סעקשאָן, מייסטענס זונטאָג אָוונד. און ווען ער איז געווען פריי, פלעגען זיך אין איהם צוזאַמענקומען מיטגלידער, זיצען און שמועסען. דאָס איז איי־גענטליך געווען אונזער ק ל ו ב. גערופען האָבען מיר דאָס אָבער ״סאָציאַליסטישע ביבליאָטעק״.

אין דער ״סעקשאָן״ איז דאַן געווען אַ געוויסע צאָל אמת׳ע 307אַמעריקאַנער. די איבעריגע זיינען געווען אַמעריקאַניזירטע אָדער היגע געבוירענע קינדער פון דייטשע עלטערען. פון די רוסישע אימיגראַנטען בין איך און מיין פרוי אַ היבשע ציים געווען די איין־ציגע מיטגלידער.

די שטעלע פון לייברעריען האָט פאַרנומען אַ מיסס דזשאהנסאָן, אַן אַמעריקאַנער פרייילין פון אַ יאָהר עטליכע און דרייסיג. זי פלעגט דאָרטען זיך געפינען אַ גאַנצען טאָג און אַ גאַנצען אָוונד. קיין געהאַלט האָט מען איהר ניט געצאָהלט. עס איז ניט געווען פון וואַנען. זי האָט זעהר אָפט פּשוט גע־הונגערט. אַן אַמעריקאַנער באָס־קאַרפּענטער, אַן עלטערער מענש מיט ראַדיקאַלע געדאַנקען, פלעגט אָפט אַריינקומען און איהר איינלאַדען אין אַ רעסטאָראַן. דאָס איז געווען כמעט איהר איינציגע געלעגענהיים צו האָבען אַ דינער.

זי איז געווען אַ גוטע, נאאיווע פרוי, און ספּיריטואַליזם איז ביי איהר אין קאָפּ געווען צוזאַמענגעמישט מיט סאָציאַליזם. אַמאָל פלעגט זי דערצעהלען, אַז איהרע טויטע קרובים האָבען צו איהר גערעדט פון יענער וועלט; אָדער אַז עם האָט זיך צו איהר באַוויזען אַ גייסט אין דער פאָרמע פון אַ חיה אָדער אַ פויגעל. איין מאָל האָט זי איבערגעגעבען ווי אַ שעהנער טיגער האָט צו איהר גערעדט און איהר געהייסען געהן אַהין, טאָן אַזוי און אַזוי. דאָס אַלץ האָט זי געזעהן און געהערט ניט אין חלום נאָר אויפ׳ן וואָהר — אַזוי פלעגט זי דערצעהלען.

צווישען אַמעריקאַנער ספּיריטואַליסטקעס איז ניט קיין נאָ־ווינע צו הערען אַזעלכע מעשות. פילע פון זיי ווייסען, אַז די גאַנצע געשיכטע איז אַ שווינדעל. פאַראַן אָבער אַזעלכע, וואָס גלויבען טאַקע. אַ דריטער סאָרט מאַכט זיך, אַז ער ״גלויבט״, כדי ניט אָפּצושטעהן פון קאָמפּאַניע, ווייל אין זיין קרייז איז אַ מאָדע צו גלויבען אין דעם. אַ פערטער סאָרט גלויבט האַלב יאָ, האַלב ניט. אַ היבשער פּראָצענט פון די אַמעריקאַנערקעם וואָס האָבען זיך גערופען סאָציאַליסטקעס איז דאַן באַשטאַנען פון ספּיריטואַליסטקעם פון די פאַרשידענע מינים.

איינע פון די וויכטיגסטע פיגורען אין אונזער ״אַמעריקען סעקשאָן״ איז דאַן געווען מיסעם לעאָנארד, די מוטער פון 308דער אַמעריקאַנער אַקטריסע ליליען ראָסעל, וועלכע איז דאַן שוין געווען באַריהמט איבער גאַנץ אַמעריקא אַלם וואָדעוויל שוי־שפּילערין און אַלם שעהנהיים. מיסעם לעאָנארד איז געווען אַ פרוי פון איבער זעכציג, אַ הויכע, אַ שלאַנקע, מיט אַ שעהנע קאָפּ באַקרוינט מיט ווייסע האָר — אַ קלוגע פרוי מיט ראַ־דיקאַלע איבערצייגונגען. מייסטענס פלעגט זי זיין אונזער פאָר־זיצערין.

אַ חוץ די מיטגלידער פון דעם ברענטש פלעגען זיך צוזאַמען־קומען פאַרשידענע אַנדערע ראַדיקאַלען. פילע פון די וואָס פלעגען באַזוכען די אויבען־דערמאָנטע באַוערי פאַרזאַמלונגען, פלעגען איצט קומען אַהער: ״סינגעל טעקסערס״, ״גרין בעקערס״, ״טעמפּערענס״־לייט, פאַרשידענע ״קרענקס״, יעדער מיט זיין ספּעציעלער רפואה אויסצוקורירען אַלע צרות פון דער וועלט.

ניט ווייט פון אונזער קלוב, אויף לאַפאַיעט פּלייס, איז געווען דער אָפיס פון דער צייטונג ״טרוטה סיקער״ (דער אמת־זוכער), וועלכע האָט געפּרעדיגט אפיקורסות. אלזאָ, פלעגען איי־ניגע פון די דאָרטיגע אפיקורסים אָפט אַריינקומען צו אונז. אַלץ וואָס איז נאָר געווען אומגעוועהנליך האָט ביי זיי געהייסען סאָ־ציאַליזם. עס זיינען אָבער דאַן שוין געווען איניגע אַמעריקאַ־נער, וועלכע מען האָט ווירקליך געקענט רעכענען פאַר סאָציאַ־ליסטען.

עטליכע מאָל האָט דעם פּלאַץ באַזוכט דער אַמעריקאַנער שריפטשטעלער עדגאַר סאָלטום *, וועלכער איז שפּעטער באַ־ריהמט געוואָרען. איך האָב אַ פּאָר מאָל מיט איהם פאַר־בראַכט אַ נאָכמיטאָג, שמועסענדיג וועגען סאָציאַליזם און דער רוסישער ליטעראַטור, פון וועלכער ער האָט נאָר געוואוסט וועגען טורגעניעוו׳ן.

מרס. לעאָנאַרד.
מרס. לעאָנאַרד.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 308–309)

309איינער פון די, וואָס פלעגען אָנטייל נעהמען אין אונזערע זונטאָג׳דיגע לעקטשורם, איז געווען אַ דייטש מיט׳ן נאָמען יו־גא פּאָכט, אַ קליינער און אַ דאַרער. פון ווייטען האָט ער גע־קענט אויסזעהן ווי אַ באָי. ער איז געווען אַ פעהיגער, געביל־דעטער און באַלעזענער מענש. ער האָט אימער געהאַט וואָם צו זאָגען און האָט דאָס אַרויסגעזאָגט אינטערעסאַנט און מיט אַ טאָלק. ענגליש האָט ער גערעדט אַ ביסעל מיט אַ דייטשען אַקצענט, אָבער זעהר גוט.

ער איז דאַן געווען אַן אָנגעזעהענע פיגור אין דער דיי־טשער סאָציאַליסטישער באַוועגונג; און ביסלעכווייז האָט ער גענומען שפּילען איינע פון די וויכטיגסטע ראָלען אין דער גאַנ־צער פּאַרטיי. דאַן האָט ער אויף די דייטשע מיטינגען זיך אויפגעהערט צו באַטייליגען, און האָט זיין גאַנצע צייט אָפּגע־געבען דער ענגלישער באַוועגונג.

איך פלעג אָפט פאַרברייינגען מיט וואָלטער ווורומען, אַ יונגער אַמעריקאַנער, וועלכער איז באַקאַנט געווען אין אונזער באַוועגונג אַלם דער ״באָי אָרעיטאָר״. אַזוי האָט מען איהם גערו־פען, ווען ער איז נאָך ווירקליך געווען אַ באָי. ווען ער איז געקומען צו אונז, איז ער שוין געווען אַ יאָהר צוואַנציג — אַ הויכער, אַ שלאַנקער, אַ בלאָנדער, אַן עכטער יענקי אויפ׳ן אויסזעהן, מיט אַ קלוגען שמייכעל, מיט אַ פיינער רעדנער־קראַפט. ער איז געווען טע־טיג אַלם סאָציאַליסטישער אַגיטאַטאָר. זיין שטימע און זיין שמייכעל האָבען געמאַכט אַן איינדרוק אַזוי ווי זיי וואָלטען געווען פיל עלטער ווי ער. און ער האָט טאַקע געהאַט מעהר פאַרשטאַנד ווי געוועהנליך אַ יונגער מאַן פון צוואַנציג יאָהר.

310אין אַמעריקא זיינען פאַרהאַן אַ סך ״סמאַרטע״ באָים. אָבער דאָס רוב זיינען זיי פריהצייטיגע פלאַנצונגען וואָס פאַרלי־רען גיך זייער זאַפט. ניט פילע פון זיי ווערען דערנאָך פעהיגע און קלוגע מענשען. ווורומען׳ם פעהיגקייטען און שכל זיינען אָבער געווען ניט פון דעם קינדערשען סאָרט. ער איז ניט גע־ווען נאָר ״סמאַרט״; ער האָט פאַרשטאַנען מענשען און איז ווירקליך געווען קלוג.

ווען אַזאַ יונגער מאַן וואָלט געבאָרען געוואָרען אין דיי־טשלאַנד, וואָלט ער געהאַט אַ גרויסע פעלד פאַר זיך אין דער סאָציאַל דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. אין אַמעריקא אָבער איז דער סאָציאַליזם דאַן געווען אַ גאַנץ אומבאַדייטענדע באַוועגונג. די אַמעריקאַנער גופא האָבען זיך מיט וורומען׳ם רעדעם ניט אינטערעסירט. איז איהם אויסגעקומען צו פיהרען זיין אַגיטאַ־ציע צווישען אידען און דייטשען. ער האָט ניט געהאַט קיין אמת׳ען באָדען אונטער זיך. אפילו זיינע לעבענס־מיטלען האָט אונזער באַוועגונג ניט געקענט באַזאָרגען.

6
לאָרענס גראָנלענד און זיינע צוויי ביכער.

ריידענדיג וועגען אונזער ביבליאָטעק, האָב איך געזאָגט אַז די צאָל פון ענגלישע ביכער איבערן סאָציאַליזם איז דאַן געווען זעהר קליין. אַ זעהר נוצליכע סאָציאַליסטישע ווערק איז אַרום יענער צייט ערשינען אין ניו יאָרק גופא. איהר נאָמען איז די ״קאָאָפּערעיטיוו קאָמאָנוועלטה״ (די קאָאָפּעראַטיווע געזעלשאַפט), און דער נאָמען פון דעם פאַרפאַסער איז געווען לאָרענס גראָנ־לענד. דאָס איז געווען אַ גלענצענדע פּאָפּולאַריזאַציע פון דער מאַרקסיסטישער טעאָריע.

גראָנלענד איז געווען פון דענמאַרק. ער האָט אָבער גוט געשריבען ענגליש. נאָך דיזען בוך האָט ער אַרויסגעגעבען אַ ווערק מיט׳ן נאָמען ״דאַנטאָן און די פראַנצויזישע רעוואָלוציע״, אין וועלכען ער פיהרט אויך דורך די מאַרקסיסטישע אידעע.

311דער ערשטער בוך איז ביי אונז סאָציאַליסטען גלייך גע־וואָרען זעהר פּאָפּולער, און דעם אויסדרוק ״די קאָאָפּעראַטיווע געזעלשאַפט״ פלעגען אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען אָפט געברויכען אין זייערע רעדעם. די ווערטער ״סאָציאַליסטישע געזעלשאַפט״ האָבען דאַן אין אַמעריקא ניט געקענט האָבען קיין באַדייטונג; וואָרים דער דורכשניטליכער אַמעריקאַנער האָט ניט פאַרשטאַנען וואָס מען מיינט מיט דעם. די ווערטער אָבער ״קאָאָפּעראַטיווע געזעלשאַפט״ האָט יעדער גלייך פאַרשטאַנען. ער האָט זיך פאָר־געשטעלט אַ גאַנצע געזעלשאַפט וואָו אַלע זיינען שותפים, אַ געזעלשאַפט וואָו קיינער דאַרף זיך ניט פאַרדינגען, און וואָו אין דער אינדוסטריע קען איינער מיט׳ן אַנדערען ניט קאָנקורירען.

איך בין מיט גראָנלענד׳ן באַקאַנט געוואָרען פּערזענליך. ער איז געווען ניט הויך־געוואַוקסען און ניט קיין דיקער, מיט אַ קורצער בלאָנדליכער בערדעל. דער בוך־מענש איז אין איהם גע־לעגען אויפן פּנים. ענגליש האָט ער גערעדט גוט, הגם אַביסעל מיט אַן אויסלענדישען אַקצענט. ער פלעגט ריידען שטיל און מייס־טענס וועגען ביכער. מיט דעם פּראַקטישען לעבען איז ער געווען ווייניג באַקאַנט.

אַ דייטש־אַמעריקאַנישער דזשאָדזש (אַ איד) מיט׳ן נאָמען סטעקלער, פון דער צווייטער עוועניו, האָט איהם איינגעלאָדען צו אַרבייטען אין זיין אָפיס (דעם אָפיס האָט געפיהרט דעם דזשאָדזש׳ם אַ ברודער, וועלכער איז געווען זיין פּאַרטנער אַלס לאָיער). גראָנלענד האָט דאַן שטודירט לאָ (יוריספּרודענץ) און עם האָט געהייסען אַז די סטעקלערס גיבען איהם אַ שטעלע אַלם יוריסט.

איין מאָל, ווען איך האָב גראָנלענד׳ן באַזוכט אין דיזען אָפיס, האָט ער פאַר מיר געלויבט די סטעקלערס. ער האָט געזאָגט, אַז זיי זיינען צו איהם זעהר פריינדליך און אַז זיי לאָזען איהם לעזען און שרייבען וואָס ער וויל און ווען ער וויל; אַז קיין אַרבייט גיבען זיי איהם אייגענטליך ניט.

ער האָט געמיינט, אַז די לאָיערס זיינען ליבעראַלע מענ־שען און אַז זיי טוען דאָס איינפאַך אום איהם צו געבען אַ מעג־ליכקייט צו שרייבען זיינע סאָציאַליסטישע ביכער. אָבער 312דזשאָדזש סטעקלער איז דאַן געווען אַ קאַנדידאַט אויף אַ צוויי־טען טערמין, און עם איז געווען בלויז עטליכע וואָכען צו די וואַהלען. אַלזאָ האָב איך גענומען חושד זיין, אַז ניט סתם פון גוטסקייט וועגען האַלט ער גראָנלענד׳ן. ווען גראָנלענד האָט דאָס פון מיר דערהערט, האָט ער זיך אויסגעלאַכט.

— אַז ער וואָלט וועלען איך זאָל פאַר איהם עפּעם טאָן פּאָליטיש, וואָלט ער דאָך מיר געבעטען וועגען דעם, — האָט ער געענטפערט.

ער האָט אָבער באַלד ענטדעקט זיין טעות. איין מאָל אין אַ פריה־מאָרגען, האָט זיך צו איהם דער דזשאָדזש טאַקע געוועדנעט מיט אַ פאַרלאַנג אַז ער זאָל שרייבען און האַלטען רעדעם פאַר איהם.

דער פאַרפאַסער פון ״קאָאָפּערעיטיוו קאָמאָנוועלטה״ איז אויף אַ מינוט אַ געבליבען ווי אַ געפּלעפטער. ווען ער איז גע־קומען צו זיך, האָט ער געזאָגט: ״אָה, ניין, ניין! דאָס קען איך ניט טאָן!״

ער האָט גלייך צוזאַמענגענומען זיינע פּאַפּירען און איז אַוועק.

7
די סאָציאַליסטישע באַוועגונג און די דייטשען.

וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער סאָציאַליסטישער קלוב גע־האַט צו דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי? דער אמת׳ער ענטוואָרט איז, אַז ער האָט זעהר ווייניג שייכות געהאַט. די פאַרבינדונג צווישען די צוויי איז געווען זעהר אַ שוואַכע. די גאַנצע טעטיגקייט פון דער פּאַרטיי איז געווען אין דייטשע הענט; און די דייטשען, מיט דער אויסנאַתמע פון פּאָכט׳ען און נאָך עט־ליכע, האָבען זיך מיט דער אַמעריקאַנער באַוועגונג גאַנץ ווייניג אינטערעסירט. די צאָל פון אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען, ווידער, איז געווען זעהר קליין, און אַזוי ווי אין דער פּאַרטיי איז כמעט אַלץ געגאַנגען אויף דייטש, האָבען זיי צו איהר געהאַט ווייניג שייכות.

לאָרענס גראָנלענד.
לאָרענס גראָנלענד.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 312–313)

313אידישע סאָציאַליסטען זיינען דאַן געווען פאַרהעלטניסמעסיג ווייניג. דער כאַראַקטער פון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג איז דאַן געווען אַ דייטשער.

ווען דער ״לידער״ איז צוגעמאַכט געוואָרען, איז קיין סאָ־ציאַליסטישער אָרגאַן אויף ענגליש אין אַמעריקא גאָר ניט געווען, אפילו קיין וואָכען־בלאַט אויך ניט. וועהרענד אויף דייטש איז געווען אי אַ טעגליכע צייטונג, אי אַ וואָכענטליכע. און דאָס איז נאָר אין ניו יאָרק אַליין. אין אַ פּאָר אַנדערע שטעדט זיינען אויך געווען דייטשע סאָציאַליסטישע וואָכען־שריפטען. און די שיקאַגאָ׳ער טעגליכע ״אַרבייטער צייטונג״ איז נאָך דער טראַגעדיע פון 1887 מייסטענס געווען ״אונפּאַרטייאיש״; דאָס הייסט, דאָרטען האָבען זיך באַטייליגט אי סאָציאַל־דעמאָקראַטען, אי אַנאַרכיסטען.

דער אויבען־דערמאָנטער דר. מערקין האָט דאַן רעדאַקטירט אַ וואָכענטליכע סאָציאַליסטישע צייטונג ערגעץ וואו אין אינ־דיאַנא. אַ צווייטע סאָציאַליסטישע וואָכען־שריפט האָט עקזיס־טירט אין קליוולאַנד, און אַ דריטע אין סט. לואים.

די ניו יאָרקער סאָציאַליסטישע וואָכען־בלאַט האָט געהייסען ״דער סאָציאַליסט״. דאָס איז געווען דער אָפיציעלער פּאַרטיי־אָרגאַן, וואָרים די ״פאָלקס־צייטונג״, הגם זי איז געווען ענג פאַר־בונדען מיט דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, האָט גע־הערט ניט צו דער פּאַרטיי, נאָר צו אַ ספּעציעלער פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן, וועלכע איז באַשטאַנען פון פּאַרטיי מיטגלידער.

די דייטשע גענאָסען האָבען נאַטירליך פאַרשטאַנען, אַז די דייטשען אַליין וועלען אין אַמעריקא דעם סאָציאַליזם ניט פאַר־ווירקליכען; זיי האָבען פאַרשטאַנען אַז מען מוז די אידעע פאַר־שפּרייטען און די פּאַרטיי אָרגאַניזירען צווישען אַמעריקאַנער, און זיי האָבען אויף דעם געאַרבייט און זיך געאָפּפּערט דערפאַר. עם וועט אָבער ניט זיין איבערטריבען צו זאָגען, אַז דאָס אַלץ האָבען זיי געטאָן אַזוי ווי פון יוצא וועגען. אין אמת׳ן האָבען זיי געקוקט אויף די אַמעריקאַנער מאַסען מיט אַ שמייכעל, און זיי האָבען אָנגעפיהרט זייער טעטיגקייט אַזוי ווי זייער דייטשע באַוועגונג וואָלט געווען די גאַנצע באַוועגונג.

314שעוויטש, טראָץ דעם וואָס ער איז געווען אַ גלענצענ־דער רעדנער אויף ענגליש, פלעגט מיט די אַמעריקאַנער גע־נאַסען ווייניג פאַרקעהרען. אַלעקסאַנדער יאָנאַם האָט אויך גוט געקענט ענגליש און ער האָט אָנגעשריבען אַ בריליאַנטענע בראָ־שורע אויף ענגליש (״דער סאָציאַליסט און דער רעפאָרמער״); דאָך האָט ער מיט דער ענגלישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג קיין שייכות ניט געהאַט.

די איינציגע באַדייטענדע פּערזענליכקייט צווישען די דייטשע סאָציאַליסטען, וועלכע איז געווען טעטיג צווישען די אַמעריקאַ־נער, איז געווען דער אויבען־דערמאָנטער יוגא פּאָכט.

ניו יאָרק איז דאַן איבערהויפּט געווען, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דייטשע שטאָדט. די אימיגראַציע פון דייטשלאַנד איז נאָך גע־ווען גרוים, און אַ היבשער טייל פון דער איסט־סייד איז געווען געדיכט באַוואוינט פון דייטשען. דייטשע טעגליכע ציי־טונגען האָבען געהאַט אַ סך לעזער און מיט זייער וואָרט פלעגט מען זיך רעכענען. די גרעסטע פון זיי, די ״שטאַאַטס צייטונג״, האָט געהאַט ניט ווייניגער באַדייטונג און מאַכט ווי די גרויסע ענגלישע צייטונגען. רייכע דייטשען און געבילדעטע דייטשען האָבען געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דעם לעבען פון ניו יאָרק, אין פּריוואַט געשעפטען און אין קהל׳שע טעטיגקייטען.

סאָציאַליסטישע מאַסען־פאַרזאַמלונגען פלעגען זיין געפּאַקט מיט דייטשען. ביסלעכווייז האָבען זיך אויף זיי גענומען באַווייי־זען היבשע צאָלען אידען. אָבער די גרויסע, גרויסע מאַיאָרי־טעט איז אַ לאַנגע צייט געווען אַ דייטשע.

איינע פון די געוועהנליכסטע ״פיטשורם״ פון אַ גרויסען סאָציאַליסטישען יום־טוב איז געווען די געזאַנג פון אַ צאָל־רייכער דייטשער לידער־געזעלשאַפט. אויף דער ביהנע פלעגען אַרויסטרעטען זעכציג אָדער זיבעציג הויכע, ברייט־שולטערדיגע דייטשען, טענאָרען, באַריטאָנען אָדער ״בעסער״, און זיי פלעגען פאַרדונערען קופּער־יוניאָן מיט דייטשע געזאַנג.

דאָס ערקלערט דעם לעזער וואָרום אין דעם אַמעריקאַנער אידיש, וועלכער איז ענטוויקעלט געוואָרען ביי אונז, סאָציאַליס־טען, פיהלט זיך נאָך עד היום דער איינפלום פון דער דייטשער 315שפּראַך, הויפּטזעכליך אין אַזעלכע אויסדרוקען וועלכע זיינען שייך צום סאָציאַליסטישען פּאַרטיי־לעבען, און פאַרזאַמלונגם־לעבען בכלל. דער וואָרט ״גענאָסע״, צום ביישפּיל, אָדער ״טאָ־געס־אָרדנונג״, אָדער אַזא אויסדרוק ווי ״דער מיטינג האָט שטאַטגעפונדען״, א. ז. וו. דיזע און אַ היבשע צאָל אַנדערע פראַזען האָבען מיר איבערגענומען ביי אונזערע דייטשע פּאַרטיי־חברים פון יענע יאָהרען.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 292] דער הויפּט געדאַנק פון דער פּלעכאַנאָווישער טעאָריע באַשטעהט אין פאָלגענדען: רוסלאַנד איז ניט קיין אויסנאַהמע פון אַנדערע לענדער, און איידער בײַ איהר וועט קענען ענטוויקעלט ווערען סאָציאַליזם, וועט זי מוזען ענטוויקלען קאַפּיטאַליזם בײַ זיך. פילע יאָהרען שפּעטער, ווען לענין האָט געמאַכט זײַן באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע, איז ער מיט פּלעכאַנאָוו׳ן, זײַן לעהרער, געווען אין די פיינדליכסטע באַציהונגען. פּלעכאַנאָוו איז אַלץ געבליבען בײַ זײַן אַלטער מיינונג, וועהרענד לענין האָט זיך גענומען גרינדען אַ קאָמוניסטישע רוסלאַנד, איידער דאָס לאַנד האָט געהאַט אַן ענטוויקעלטע קאַפּיטאַליסטישע אינדוסטריע. אָבער ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, עקזיסטירט אין רוסלאַנד לענין׳ס „נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק". לענין איז געצוואואונגען געווען ווידער צו ערלויבען קאַפּיטאַליזם, אַלס אַ נויטיגע איבערגאַנגס־סיסטעם, אָהן וועלכער דער סאָציאַליזם איז אונמעגליך. פּלעכאַנאָוו איז שוין טויט; אָבער זײַן לעהרע האָט געזיגט.

[ז׳ 308] עם זיינען אַוועק יאָהרען, סאָלטום איז שוין לאַנג געשטאָרבען, און איך האָב פאַרגעסען צי ער איז דאָס טאַקע געווען עדגאַר סאָלטום, צי ער האָט מיט מיר גערעדט וועגען עדגאַר סאָלטום׳ען. איך פלעג זיך אַלץ קלייבען די דאָזיגע רעטעניש פאַנאַנדערצופלאַנטערען, און האָב קיין מאָל זיך ניט צוגעקליבען. ענדליך, מיט איניגע וואָכען איידער דיזער בוך איז אָפּגעגעבען געוואָרען צום דרוק, איז ערשיינען אַ ביאַגראַפיע פון עדגאַר סאָלטום, געשריבען פון זיין פרוי. דער בוך ענטהאַלט אַן אויסגעצייכענטען פּאָרטרעט פון דעם שריפטשטעלער. ווען איך האָב אויף דעם פּאָרטרעט אַ קוק געטאָן, האָב איך אין איהם דערקענט דעם מאַן, מיט וועלכען איך בין אין 1887 באַקאַנט געוואָרען אין אונזער ביבליאָטעק.