בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

עלפטער קאַפּיטל

אנדערע אַמעריקאַנער באַקאַנטשאַפֿטען און ערפֿאַהרונגען

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 316–356 (גאַנצער עלפטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 316 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. אין אָריגינאַל זײַנען אַרײַנגעבונדען איין בילד-בלעטער (פּאָרטרעטען), איבערגעגעבען דאָ אױף זייער אָרט. רוסישע, ענגלישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אַ קלוב פון יונגע אמעריקאַנער לעהרער. — סטודענטען אין רוסלאַנד און סטודענטען אין אמעריקאַ.

316צו דער זעלבער צייט, וואָס איך האָב אָפט באזוכט דעם סאָציאליסטישען קלוב, בין איך געווען אַ מיטגליד אין אַ צווייטען קלוב — אַזאַ וואָס האָט מיט קיין ספּעציעלער פּאָליטישער פּאַרטיי קיין פֿאַרבינדונג ניט געהאַט. די מאַיאָריטעט פון זיינע מיטגלידער איז באשטאַנען פון יונגע אמעריקאַנער סקול־טיטשערס. איך בין אהין אריינגעקומען דורך איינעם פון מיינע מיט־לעהרער אין דער קריסטי סטריט איוווינינג סקול, אַ קריסט מיט'ן נאָמען קאָרלם, מיט וועלכען איך בין באפריינדעט געוואָרען — אַ יונגער מאַן מיט אַ שעהנעם קיילעכדיגען פּנים, מיט רויטע באַקען. אונזערע קלאַס־צימערען זיינען געווען איינער לעבען דעם אַנדערען, פלעגען מיר אָפט שמועסען פאר די סקול־שטונדען און נאָכדעם; און עטליכע מאָל האָב איך איהם באזוכט אין זיין פּאָטער'ס הויז אויף איסט 106טער סטריט, וועלכע איז דאַן געווען אַ קריסטליכער געגענד און איז באשטאַנען פון צוויי שטיערע צ ייַלען פון קליינע הילצערנע הייזער. קאָרלם' עלטערען זיינען געווען דייטשע אימיגראַנטען, אָבער ער אַליין איז געבאָרען געוואָרען אין ניו יאָרק.

צו איהם פלעגען קומען זיינע חברים, אַיירישע און „עכטע" 317אמעריקאַנער, מיט וועלכע ער האָט אויסגעשטודירט סיטי קאָלעדזש צוזאַמען.

זיי האָבען געהאַט אַ געזעלשאַפט, וועלכע פלעגט זיך פאַרזאַמלען אין איינעם פון די זאַלען פון „קאָנגרעס האָל", אויף דער דריטער עוועניו, לעבען דער 18טער סטריט; און קאָרלם, ווי אויך אַ פּאָר פון זיינע חברים, האָבען מיך צוגעדערעדט זיך אָנצושליסען. די יונגע לייט זיינען מיר געפעלען געוואָרען און איך בין געוואָרען אַ מעמבער ביי זיי. דאָס איז געווען איידער איך בין געוואָרען אַ מיטגליד פון דער סאָציאליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, און איך בין דאָרטען פאַרבליבען מעהר ווי צוויי יאָהר.

דער קלוב איז באשטאַנען פון אונגעפעהר דרייסיג מיטגלידער, און אַלע, אויסער מיר, האָבען געענדיגט דעם ניו יאָרק סיטי קאָלעדזש. אַלע, אויסער דריי (איך און אנדערע צוויי), זיינען געווען קריסטען. און אַלע, אויסער פיער אָדער פינף, זיינען געווען סקול טיטשערס.

דער קלוב איז געווען אַ „ליטערערי סאָסיעטי", דאָס הייסט אייגענטליך, אַ דעבאַטען־געזעלשאַפט. און ער האָט זיך געפיהרט ווי אַלע אַזעלכע געזעלשאַפטען פיהרען זיך. אויף דעם רעגעלען מיטינג, וועלכער פלעגט שטאַטפינדען יעדען שבת־צו־נאַכט, פלעגט מען אויסקלייבען אַ טעמאַ פאַר דעם נעקסטען מיטינג. דער פאָרזיצענדער פלעגט באשטימען וועלכע צוויי מעמבערס עס זאָלען ריידען דאַפיר און וועלכע צוויי דאַגעגען. דער צוועק איז געווען צו געבען די מעמבערס אַ טשאַנס צו פּראַקטיצירען אַלס רעדנער און דעבאַטאַנטען.

אָבער אַ חוץ דעבאַטען, פלעגען פאָרקומען פאָרלעזונגען פון עסיים, סקיצען אָדער געדיכטען, וואָס די מיטגלידער האָבען אויפגעשריבען, און נאָך יעדער פאָרלעזונג פלעגט מען די זאַך קריטיקירען. ווען דער אָפיציעלער מיטינג האָט זיך געענדיגט, פלעגט מען סתם פאַרברענגען צוזאַמען — זינגען, זאָגען וויצען, דערצייילען זיך אַנעקדאָטען, זיך לוסטיג מאַכען.

אַ פּאָר פון די מעמבערס זיינען געווען גלענצענדע רעדנער.

אין די דעבאַטען האָב איך זיך באַטייליגט צוגלייך מיט די 318אנדערע; נאָר פון מיינטוועגען פלעגט מען מאַכען אַן אויסנאַמע: אנשטאָט דער טשערמאַן זאָל מיר באשטימען אויף וועלכען צד איך מוז ריידען, פלעגט מען מיר ערלויבען זיך אויסצוקלייבען צי איך וויל מיין רעדע האַלטען דאַפיר אָדער דאַגעגען.

איינמאָל האָט איינער פון די מיטגלידער פאָרגעשלאָגען אַלס טעמא די פראַגע צי די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז אַ ריכטיגע סיסטעם צי ניט (אָפיציעל האָט דאָס געלויטעט: „באשלאָסען, אַז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם פון פּראָדוקסיאָן און פאַרטיילונג איז אַ גערעכטע"). די טעמא איז אָנגענומען געוואָרען און דער טשערמאַן האָט מיך באשטימט אויף דעם „נעגאַ־טיוו" צד — געגען קאַפּיטאַליזם.

מיין פריינד קאָרלם האָט פּראָטעסטירט. „אַז קאַהאַן זאָל געווינען די דעבאַטע, וועט קיין וואונדער ניט זיין — האָט ער געזאָגט, — ער איז אַ ספּעציאליסט אויף דעם ענין. זאָל איינער פון אונז ווייזען וואָס ער קען טאָן מיט אַזאַ טעמא". ער האָט געבעטען דעם טשערמאַן ער זאָל איהם געבען דעם „נעגאַטיוו".

די סאָציאליסטישע פראַגע האָט איהם און די אנדערע מיטגלידער אינטערעסירט ווי דער פאַר־אַ־יאָהריגער שניי. איהם האָט ניט געאַרט צי ער רעדט דאַפיר, צי דאַגעגען; נאָר אויס פריינדשאַפט צו מיר, האָט ער געוואָלט ניט אנדערש ווי האָבען דאָס וואָרט געגען דער איצטיגער אָרדנונג.

איך האָב איהם אָפּגעטראָטען מיין פּלאַץ; אָבער איך האָב איהם באזאָרגט מיט מאַטעריאַל (אַ פּאָר סאָציאליסטישע בראָשורען אויף ענגליש און מיינע אייגענע ערקלערונגען, פון וועלכע ער האָט געמאַכט נאָטיצען). דער סוף איז געווען, אַז ער האָט די דעבאַטע געוואואונגען. וואָרים זיין געגנער האָט זיך אויף אַזעלכע אַרגומענטען ניט גערירכט, און ער האָט ניט געוואואסט ווי זיך צוצוגרייטען. אַגב, איז קאָרלם טאַקע געווען אַ פעהיגער יונגערמאַן און איינער פון די בעסטע רעדנער אין קלוב.

דער קלוב האָט, אַלזאָ, אָפיציעל, „גע'פסק'ענט", אַז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז געבויט אויף אונרעכט. דאָס איז אָבער געווען נאָר כּלומרשט, פונקט ווי דאָס וואָס מען האָט 319„אנגענומען" נאָך יעדער אנדערער דעבאַטע. געזעלשאַפטליכע פראַגען האָבען די באָים ניט געקימערט. אין רוסלאַנד וואָלטען אַזעלכע יונגעלייט געווען שטאַרק פאַראינטערעסירט אין ענינים פון דיזען סאָרט. אייניגע פון זיי וואָלטען זאָגאַר געווען באַרייט צו געהן אין סיביר אָדער אויף דער תליה פאַר דעם. די אומשטענדען זיינען דאָרטען געווען גאַנץ אנדערע און די אינטע־ליגענטע יונגע לייט גאַנץ אנדערע. איך האָב דאָס, נאַטירליך, געוואואסט, און דאָך איז דער אונטערשיד מיר אימער געלעגען אין זינען, און די גלייכגילטיגקייט פון די באָים צו סעריעזע פראַגען איז מיר אויסגעקומען אונסימפּאַטיש.

איך האָב זיי אַמאָל ערקלערט די נפקא מינה צווישען די צוויי לענדער אין דיזער באַציהונג. די דראַמאַטישע זייט פון דעם רוסישען קאַמף האָט זיי גלייך פאַראינטערעסירט. עס האָבען גענומען פליהען פראַגען וועגען די רוסישע ניהיליסטען. איך האָב דערצעהלט און זיי האָבען צוגעהערט מיט אַזא טיפען אינטערעס און מיט אַזא באַוואונדערונג און סימפּאַטיע צו די רעוואָלוציאָנערען, אַז מיר זיינען אַזוי אָפּגעזעסען אַ גאַנצען אָוונט, און קיין מיטינג ניט אָפּגעהאַלטען.

דאָס איז געווען אין אָקטאָבער, אָדער אָנהויב נאָוועמבער, 1887. יעדענפאַלס האָט דאָס געמוזט זיין ניט לאַנג פאַר דעם פרייטאָג, דעם עלפטען נאָוועמבער, ווען מען האָט אין שיקאַגאָ געהאַנגען די פיער אנארכיסטען. וואָרים אויף מאָרגען נאָך דער טראַגעדיע, שבת־צו־נאַכט, דעם 12טען נאָוועמבער, איז געווען אַ מיטינג פון דעם קלוב, האָב איך דאָרטען געהאַט אַ גאַנץ אנדער סאָרט ערפאַהרונג, און איך געדענק, אַז דאָס איז געווען אַ קורצע צייט נאָך יענעם שבת־צו־נאַכט.

איך בין אויף דעם מיטינג געגאַנגען מיט דעם צוועק דאָרטען צו ערקלערען די פיערפאַכע הינריכטונג לויט אונזער שטאַנדפּונקט, — צו באַווייזען אַז דאָס איז אַ בלוטיגע קלאַסען־נקמה. איך האָב געהאָפט אַדויסצורופען סימפּאַטיע צו די געהאַנגענע.

איידער דער מיטינג האָט זיך געעפענט, האָר איך ווי צוויי פון די מעמבערס מאַכען זיך לוסטיג איבער די שיקאַגאָ'ער אנארכיסטען. איינער פון זיי האָט געוויזען מיט'ן פינגער 320אויפ'ן האַלז ווי די שטריק ווערט פאַרצויגען; און ער האָט איבערגעקרימט די פיר קרבנות ווי זיי ווערגען זיך און שטעקען אַרויס די צינגער.

עס איז מיר פינסטער געוואָרען אין די אויגען. דער גאַנצער קלוב איז מיר געוואָרען טריף. מיין פּלאַן צו פרואוווען דאָ אַרויסרופען סימפּאַטיע צו די געהאַנגענע האָט מיר איצט אויסגעזעהען קאָמיש. איך בין שטילערהייט אַרויס פון זאַל, און האָב אויפגעהערט צו קומען אהין.

ווען קאָרלם האָט ביי מיר געפרעגט וואָרום איך געה מעהר ניט אויף די מיטינגען, האָב איך געזאָגט, עפעס אַ תירוץ, אָבער ענדליך בין איך אַרויסגעקומען מיט'ן אמת. דאַן האָט ער און אנדערע פון די מיטגלידער זיך ענטשולדיגט פאַר מיר און מיר אַזוי האַרציג געבעטען ווידער צו קומען, אַז איך האָב נאָכגעגעבען.

אין דער אמעריקאַנער ליטעראַטור האָבען דאַן דעם וויכ־טיגסטען פּלאַץ פאַרנומען וויליאם האָוועללס און העגרי דזשיימס. ביידע זיינען געווען רעאַליסטען, און דאַן איז אין אמעריקא געווען אַ מאָדע מיט זיי זיך צו באַרימען. ווען פון אייראָפּא איז געקומען עפעס אַ וויכטיגע פערזענליכקייט, און אמעריקאַנער רעפּאָרטערס זיינען איהם געקומען אינטערוויוען, פלעגען זיי צווישען אנדערע זאַכען דעם גאַסט פרעגען אויב ער איז באַקאַנט מיט „אונזערע שרייבער, האָוועללס און דזשיימס". דאָך איז אין יענעם קלוב ניט געווען קיין איין יונגערמאַן, וועלכער האָט געלעזען די ווערק פון דיזע צוויי שריפטשטעלער. מיט די ענגלישע קלאַסיקער זיינען זיי געווען גוט באַקאַנט. האָוועללס און דזשיימס אָבער האָבען דאַן פאַרגעשטעלט „דאָס נייע וואָרט", און פון דעם האָבען זיי ניט געוואואסט.

איך בין מיט האָוועללס'עס און דזשיימס'עס ווערק שוין געווען גוט באַקאַנט; און ווען איך האָב זיי וועגען זיי געפרופט ריידען מיט די מיטגלידער פון מיין קלוב, האָבען זיי אפילו ניט געוואואסט זייערע נעמען.

אין רוסלאַנד וואָלט אַזא זאַך געווען אונמעגליך. אַז אַ 321יונגערמאַן, וועלכער האָט געענדיגט אוניווערסיטעט, זאָל ניט וויסען אפילו דעם נאָמען פון דעם בעסטען און וויכטיגסטען בעלעטריסט — דאָס האָט מען אין רוסלאַנד זיך ניט געקענט פאָרשטעלען.

ווידער אַ גרויסער אונטערשיד צווישען די היגע געבילדעטע יונגע לייט און די געבילדעטע יונגע לייט פון רוסלאַנד!

אָבער די צוויי אונטערשידען זיינען געווען ענג פאַרבונדען. דער טיפער אינטערעס, מיט וועלכען רוסישע סטודענטען האָבען זיך פאַרהאַלטען צו ליטעראַטור, איז געווען אַ טייל פון זייער אינטערעס אין געזעלשאַפטליכע פראַגען; וואָרים די רוסישע ליטעראַטור איז געווען אַ טייל פון רוסלאַנד'ס פרייהייטס־קאַמף. קריטיקירען דעם לעבען האָט די רוסישע צענזור ניט געלאָזט; האָט מען קריטיקירט די בעלעטריסטישע „מעשׂות". אָבער אין דער פאָרמע פון ליטעראַרישער קריטיק, האָט מען געגעבען קריטיקען אויף דעם אמת'ן געזעלשאַפטליכען לעבען פון רוסלאַנד. וואָרים די „מעשׂות" זיינען געווען שטיקער לעבען. דאָס איז געווען איינע פון די אורזאַכען פאַרוואָס דער אינטערעס אין ליטעראַטור האָט אין רוסלאַנד באַקומען אַן ערנסטערען כאַראַקטער ווי אין אנדערע לענדער.

אין אמעריקא אָבער איז דאַן ניט פאָרגעקומען קיין פריי־הייטס־קאַמף און קיין צענזור איז אויך ניט געווען. פּאָליטישע און געזעלשאַפטליכע פראַגען זיינען אין אמעריקא אָפען באַשפּראָכען געוואָרען אין צייטונגען, זשורנאַלען, ביכער און אויף דער פּלאַטפאָרמע. די ערנסטקייט, מיט וועלכער מען האָט זיך אין רוסלאַנד פאַרהאַלטען צו ליטעראַטור, האָט אין אמעריקא דעריבער ניט עקזיסטירט.

ריידענדיג וועגען די דעבאַטען, וואָס זיינען פאָרגעקומען אין דעם קלוב, האָב איך באַמערקט, אַז די מיטגלידער האָבען זיך מיט געזעלשאַפטליכע פראַגען ניט אינטערעסירט. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז זיי האָבען זיך ניט אינטערעסירט מיט אמעריקאַנער פּאָליטיק. יעדער באָי איז געווען אַ הייסער אָנהיינגער פון איינער פון די צוויי גרויסע פּאָליטישע פּארטייען — די רע־ 322פּובליקאַנישע אָדער די דעמאָקראַטישע (דאָס רוב איז דאָס געווען די פּארטיי, פאַר וועלכער דעם באָי'ס פּאָטער האָט געשטימט).

יעדען יאָהר, ביים סוף זומער, ווען עס גליהט זיך פאנאנדער דער קעמפּיין פאַר ביי וואָהלען, פלעגען זיי ווערען פאַרקאָכט אין דעם פּאָליטישען צוזאַמענשטויס, יעדער אויף דער זייט פון זיין פּארטיי. אין דעם קלוב אָבער פלעגען זיי דיזע פּארטיי־שטרייטען ניט אריינברענגען, סיידען אין די אונשולדיגע דעבאַטען.

פילע פון זיי האָבען געהאַט אין זינען צו שטודירען לאָ (אייניגע האָבען דאָס שוין געטאָן); און אַ לאָיער טרוימט געוויינליך וועגען אַ פּאָליטישער קאַריערע. זיי האָבען געהאָפט אַמאָל צו זיין מיטגלידער פון דעם וואַשינגטאָנער קאָנגרעס, און אַזוי ווי דער האָל, וואו זיי פלעגען זיך פאַרזאַמלען, האָט צופעליג געהייסען „קאָנגרעס האָל", פלעגען זיי אין זייערע רעדעס אַמאָל מאַכען דעם פּאָלגענדען וואָרט־שפּיל: „לאָמיר האָפען, אַז קאָנ־גרעס האָל וועט פאַר אונז זיין אַ פאָרבאַרייטונג צו די האָל אָוו קאָנגרעס".

אפילו די וואָס האָבען זיך ניט געקליבען צו שטודירען לאָ, האָבען זיך אויך אינטערעסירט מיט פּאָליטיק. יעדער אמעריקאַנער אינטערעסירט זיך מיט דעם פון זיינע אינגסטע יאָהרען אָן.

מען קען אָבער ניט זאָגען, אַז דער וואָרט „פּאָליטיק" האָט ביי די באָים געהאַט דיזעלבע באַדייטונג ווי ביי אַ רוסישען אינטעליגענט. אין רוסלאַנד האָט מען דעם וואָרט גענומען אין זיין ערנסטען, געזעלשאַפטליכען זין. עס איז געווען אַ פראַגע פון טיראַניי אָדער פרייהייט, און ווען אַ סטודענט האָט זיך באַשעפטיגט מיט פּאָליטיק, האָט ער ריזיקירט מיט זיין לעבען. דער וואָרט האָט געשמעקט מיט מאַרטירעריי. ער האָט געהאַט אַ הייליגען טעם. אין אמעריקא האָט מען פון דעם ניט געוואואסט. ביי דעם יונגען אמעריקאַנער איז פּאָליטיק אָדער „פּאָליטיקס" געווען אַ „געים", אַ ספּאָרט, און הויפּטזעכליך אַ מיטעל צו מאַכען געלט — דירעקט אָדער אינדירעקט — באַקומען איינפלוס און מאַכט. אַזוי איז אין אַלע רעפּובליקען אָדער מאָנאַרכיען, וואָס האָבען פּאַרלאַמענטען, אָבער אין ערגעץ זיינען די אויסזיכטען 323אויף אַ קאַריערע ניט אַזוי ענג פאַרבונדען מיט „פּאָליטיקס" ווי אין די פאַראייניגטע שטאַאַטען.

די באָים פון דעם קלוב זיינען געווען גוט באַקאַנט מיט אַלץ, וואָס איז פאָרגעקומען אין דער פּאָליטישער וועלט פון ניו יאָרק און וואַשינגטאָן — מיט די נעמען, געגענוואַרט און פאַרגאַנגענהייט פון יעדען וויכטיגען פּאָליטישען. זיי זיינען געווען פול מיט נעמען און מיט פאַקטען, מיט אנעקדאָטען און מיט ציפער — אַלץ וועגען קאָנגרעסלייט, סענאַטאָרס, אסעמבלימען, אָלדערמען, „לידערס"; ווענען זייערע פאַיטס, אינטריגעס, אויסזיכטען, זיגען, נידערלאַגעס.

2
אַנטיסעמיטיזם אין יענע צייטען.

די אידישע און די קריסטליכע באָים פון דעם קלוב האָבען צווישען זיך געהאַט די אינטימסטע חבר'שע באַציהונגען. זיי פלעגען אָפט באַזוכען איינע די אנדערע. פון אנטיסעמיטיזם האָב איך אין יענעם קלוב ניט באַמערקט דעם קלענסטען שפּור. און דאָס איז כאַראַקטעריסטיש פאַר יענע צייטען אין אַלגעמיין. אנטיסעמיטיזם האָט דאַן אין אמעריקא עקזיסטירט, אָבער אין אַ פיל, פיל קלענערער מדרגה ווי בשעת דיזע שורות ווערען געשריבען.

דער גרעסטער קוואַל פון אידען־האַס אין אייראָפּא איז קאָנקורענץ אין געשעפט אָדער אין די פּראָפעסיעס. עס זיינען פאַראַן אנדערע אורזאַכען אויך, אָבער דיזע איז די וויכטיגסטע. די אמעריקאַנער אָבער האָבען פאַר אידישער קאָנקורענץ ניט געהאַט וואָס מורא צו האָבען. דער יענקי איז אַליין אַ געשייטער ביזנעסמאַן און איהם איבערצושטייגען איז ניט לייכט. צווייטענס, איז די צאָהל פון אידען אין אמעריקא דאַן געווען קליין און די צאָהל אמעריקאַנער, וואָס זיינען מיט זיי געקומען אין באַריהרונג, איז איבערהויפּט געווען קליין. דאָס רוב אמעריקאַנער האָבען פּשוט ניט געוואואסט ווי אַ איד זעהט אויס. וואָס אנבאַטרעפט די פיינדליכע געפיהלען, וואָס זיינען געגרינדעט אויף אַן אונ־ 324טערשיד אין רעליגיאָן, איז אמעריקא אַ לאַנד פון אַלערליי אמונות; די באַפעלקערונג איז אַ געמישטע און פּאָליטישענס זיינען, דורך זייער יאָגעניש נאָך וואָטס, געוואואינט אַזעלכע געפיהלען צו פאַרבאַרגען. פון אַ רעליגיעזען אנטיסעמיטיזם האָבען אידען, אַלזאָ, געווים ניט געליטען.

ביי זיך אין האַרצען איז דער יענקי אימער שטאָלץ מיט דעם פאַקט, אַז ער איז אַן „עכטער". ער האַלט זיך פאַר דעם איינציגען אמת'ן אמעריקאַנער. געזעלשאַפטליך איז ער מיי־סטענס אָפּגעזונדערט. אָבער אין דיזער באַציהונג איז דער איירישער ניט געווען מעהר יחסן ווי דער איד. אויף קאַטאָליקען זיינען די „עכטע אמעריקאַנער" איבערהויפּט געוואואינט געווען צו קוקען קרום, נאָך פון יענע צייטען, ווען זיי האָבען געוואואינט אין ענגלאַנד, און די ענגלענדער האָבען ביטער באַקעמפּט די קאַטוויילישע רעליגיע. דאָך, אין די רייכע אמעריקאַנישע געזעל־שאַפטען האָבען זיך אַ לאַנגע צייט געפונען אידען, רייכע נאַטירליך.

דער „סנאָב" אנטיסעמיטיזם אָדער „אַריסטאָקראַטישער" אנטיסעמיטיזם איז אין אמעריקא געקומען פון אייראָפּא אַלס אַ מאָדע־זאַך, אַזוי ווי פון פּאַריז קומען נייע מאָדעם אויף קליידער אָדער העטס. וואָס מעהר רייכטום עס האָט זיך דאָ פאַרשפּרייט, אַלץ מעהר האָט מען אין די היגע „הויכע פענסטער" נאָכגעטאַנצט די מנהגים פון די קעניגליכע הויפען פון יענער זייט ים; און אַזוי ווי דאָרטען לאָזט מען די אידען צו דער „הויכער" געזעלשאַפט ניט צו, האָט מען זיי דאָ אויך ביסלעכווייז אויסגעשלאָסען.

אין 1877 האָט מען די מיליאָנערסקע אידישע פאַמיליע זעליגמאַן ניט אריינגעלאָזען אין דעם רייכען זומער־האָטעל פון בריטאָן ביעטש, און עטליכע יאָהר שפּעטער האָט מען פאַר דעם אידישען מיליאָנער שטראַוס פאַרמאַכט די טירען פון דעם ווינטער־האָטעל „לאָרעל האָוז" אין לייקוואוד. עס איז געווען נאָך אַזא פאַל אין יענע צייטען. ווייט האָט זיך אָבער די „מאָדע" נאָך ניט געהאַט פאַרשפּרייט.

אין די ערשטע יאָהרען, וואָס איך האָב פאַרבראַכט אין 325אמעריקא, זיינען די אמעריקאַנער מיליאָנערען ניט געווען גרויס אין צאָהל, און זיי זיינען נאָך געווען פאַרהעלטניסמעסיג ניי אין זייער ראָלע. זיי האָבען נאָך ניט פּאַספּייעט צו ענטוויקלען זייערע „סנאָבישע" געשמאַקען און פּרעטענזיעם. דעריבער האָט מען נאָך אין זייער „העכסטער" געזעלשאַפט דאַן געקענט געפינען אַ פּאָר אידען. קיין נייע האָט מען ניט אריינגעלאָזען, אָבער פון די פריהערדיגע צייטען זיינען געבליבען אַ פּאָר אידישע פאַמיליעם, וועלכע זיינען נאָך געווען צוגעלאָזען.

איינע פון די וואָס האָבען אנטייל גענומען אין דער אימיגראַציאָנס־קאָמיטע, ווען איך בין געקומען קיין אמעריקא, איז געווען אַ רייכע אידישע פרייילין, אַ שריפטשטעלערין, וועלכע האָט געהערט צו דער רעכטער סמעטענע פון דער געלט־אַריסטאָ־קראַטיע. איהר נאָמען איז געווען עמא לאַזארום. זי האָט אונזערע אימיגראַנטען אָפט באַזוכט אין זייער לאַגער אויף וואָרדם איילאַנד; און דאָך האָט דאָס איהר צו איהר ראָלע אַלס איינע פון די „פאָר" ניט געשטערט. אמת, זי איז געווען פון די פּאָרטוגעזישע אידען, דאָס הייסט, פון די עלטסטע אידישע פאַמיליען, וואָס זיינען געקומען קיין אמעריקא (מיט פילע דורות צוריק), אָבער היינט וואָלט אפילו אַ פּאָרטוגעזישע אידישע משפּחה צו די „400"* ניט צוגעלאָזען געוואָרען.

אינטערעסאַנט איז, אַז אין די דרום שטאַאַטען, וואו דער יחוס־געפיהל פון די ווייסע אמעריקאַנער איז אימער געווען מעהר ענטוויקעלט ווי אין די צפון שטאַאַטען, האָט זיך דער אנטי־סעמיטיזם געפיהלט נאָך ווייניגער ווי אין צפון. אידישע פאַמיליעם זיינען דאָרטען אומעטום געווען געזעלשאַפטליך דורכגעמישט מיט די גרעסטע קריסטליכע „מיוחסים". אין אייניגע פאַלען זיינען אידען זאָגאַר געווען אויסערוועהלט אַלס גובערנאַטאָרען.

די קריסטליכע יונגע לייט פון דעם ליטעראַרישען קלוב, צי 326וועלכען איך האָב געהערט אין 1887, זיינען נאַטירליך ניט געווען פון די אַריסטאָקראַטישע „400". זיי האָבען געהערט צו איינפאַכע, ניט קיין רייכע פאַמיליען. אָבער היינט וואָלטען אפילו אַזעלכע באָים געווען דורכגעדרונגען מיט אנטיסעמיטיזם, סיידען זיי וואָלטען געווען ראַדיקאַלען; און דאָס זיינען יענע באָים ניט געווען.

3
אין דער רעדאַקציע פון דער „ניו יאָרק סאָן". — אַמערי־קאַנער זשורנאַליזם. — דאַנא און פּוליטצער.

איך האָב אָנגעהויבען צו שרייבען אין דער טעגליכער צייטונג, די „ניו יאָרק סאָן", וועלכע איז דאַן געשטאַנען אויף דעם העכסטען שטאַפּעל פון איהר נאָמען און איינפלוס. זי איז געווען באַטראַכט אַלס דער מוסטער פון אמעריקאַנער צייטונגען, און זשורנאַליסטען פון גאַנצען לאַנד פלעגען איהר לעזען און שטודירען. איך האָב געטרוימט צו ווערען אן ענגלישער שרייבער, און די „סאָן" איז געווען אויפ'ן ערשטען פּלאַן פון מיינע האָפנונגען. דאָס, וואָס איך האָב מיט פיער יאָהר צוריק געהאַט אַן אַרטיקעל אין דער „ניו יאָרק וואָרלד", האָב איך פאַר אַן אָנפאַנג פון מיין זשורנאַליסטישער קאַריערע ניט גערעכענט, וואָרים יענער אַרטיקעל איז געשריבען געוואָרען איידער איך האָב געהאַט אַ גוטע באַקאַנטשאַפט מיט דער ענגלישער שפּראַך. איצט אָבער האָב איך מיך געפיהלט גאַנץ אנדערש, און איך האָב זיך באַשלאָסען צו מאַכען אַן אמת'ע פּראָבע.

אַלזאָ, האָב איך אויפגעשריבען אַן אַרטיקעל, אין וועלכען איך האָב געשילדערט סצענקעס פון דעם לעבען אין דעם אידישען קוואָרטאַל, און מיט דעם בין איך אַוועק אין דער רעדאַקציע פון דער „סאָן", וועלכע האָט זיך געפונען לעבען סיטי האָל.

אמעריקאַנער צייטונגען האָבען דאַן ניט געהאַט אַזעלכע ריזיגע געביידעם און אַזעלכע וואָשנע אָפיסעם ווי איצט. די רעדאַקציע פון דער „סאָן" האָט זיך געפונען אין אַ קליינעם מויערעל. איך בין אַרויפגעגאַנגען אויפ'ן צווייטען עטאַזש און 327אַדרײַנגעגאַנגען אין דעם אַלגעמיינעם רעדאַקציאָנס־צימער. נאָהענט בײַ דער טיר איז געווען אַ נידעריגע הילצערנע אָפּצאַמונג מיט אַ טירעלע. צווישען דער טיר און דער אָפּצאַמונג איז געשטאַנען אַ קליינער טישעל און אַ פּאָר טשערס. פֿרײַער פּלאַץ איז געבליבען קוים פֿאַר דרײַ מענשען צו שטעהן. מיך האָט אויפֿגענומען אַ באָי, וועלכער האָט בײַ מיר צוגענומען דעם מאַנוסקריפּט און מיך געבעטען וואַרטען. מיט אַ קלאַפּענדע האַרץ האָב איך געקוקט פֿון ווײַטען וואָס ער טוט דאָ מיט מײַנע פּאַפּירלעך. ער האָט זיי צוגעטראָגען צו אַ שעהנעם מיטעל־יאָהריגען מאַן, וועלכער איז געזעסען בײַ אַ דעסק לעבען איינעם פֿון די פֿענסטער. דער מאַן האָט אַ קוק געטאָן אויף מיין אויבערשריפֿט און גענומען בלעטערען. איך האָב געזעהן ווי ער פֿאַראינטערעסירט זיך, ווי ער הויבט ווידער אָן צו בלעטערען פֿון אָנהויב, ווי זיין אויפֿמערקזאַמקייט וואַקסט. ענדליך האָט ער זיך אויפֿגעהויבען און איז אַרויסגעקומען צו מיר. ער האָט מיך באַגריסט און זיך פֿאָרגעשטעלט אַלס עראַזמוס דאַרווין ביעטש (ער איז געווען דער הויפּט מאַנוסקריפּט־לעזער פֿון דער זונטאָגס־„סאָן". קיין אָפֿיציעלע זונטאָגס־רעדאַקטערע זיינען נאָך דאַן ניט געווען; ער האָט אָבער אייגענטליך געשפּילט די ראָלע פֿון אַזאַ רעדאַקטאָר). ער האָט זיך געזעצט אויפֿ'ן טישעל, און ריידענדיג אויף אַן אָנגענעמען שטייגער, האָט ער געפֿרעגט ווער איך בין און וואָס איך טו.

— מיר וועלען דאָס דרוקען נעקסטען זונטאָג, — האָט ער געזאָגט, — ברענגט אונז נאָך אַזעלכע זאַכען.

איך האָב איהם שיער ניט אַרומגענומען.

איך האָב שוין געהאַלטען ביים אַוועקגעהן; אָבער מיסטער ביעטש האָט מיך אָפּגעשטעלט:

— ענטשולדיגט, איהר געברויכט אין אייער אַרטיקעל אַ וואָרט, וועגען וועלכען איך וויל אייך פֿרעגען. וואָס הייסט „נהעמאָ"?

איך בין ערשטוינט געוואָרען. איך האָב געמיינט, אַז אַן אינטעליגענטער מענש, וואָס זאָל ניט וויסען דעם וואָרט, איז גאָר אויף דער וועלט ניטאָ.

דעם נאָמען באַגעגענט מען אין דער געשיכטע פֿון מיטעל־ 328אַלטער, אָדער אין באַשרײַבונגען פֿון רוים אָדער ווענעציע אַפֿילו פֿון אונזער צײַט. אויב אָבער מען האָט בײַ זיך אין לאַנד ניט קיין געטאָס, קען מען דעם וואָרט פֿאַרגעסען.

מען מוז אָבער מודה זיין, אַז קיין באַלעזענער מענש אין דעם אייראָפּעאישען זין פֿון דעם וואָרט איז מיסטער ביעטש ניט געווען. דער דורכשניטליכער טיפּ פֿון אַ זשורנאַליסט איז אין אַמעריקאַ איבערהויפֿט געווען אַנאַנדערער ווי אין אייראָפּאַ.

היינט האָט כמעט יעדע אַמעריקאַנער שטאָדט אַ אידישען קוואַרטאַל און איניגע פֿון דיזע קוואַרטאַלען זיינען אַליין גאַנצע שטעדט. די צייטונגען קומט אַזוי אָפֿט אויס זיי צו דערמאָנען, אַז זיי געברויכען יעדען וואָרט, מיט וועלכען מען קאָן נאָר באַצייכענען אַ אידישען קוואַרטאַל. היינט ווייס שוין יעדער אַמעריקאַנער וואָס אַ געהעטאָ איז. ער מיינט מיט דעם ניט אַזאַ קוואַרטאַל, וואו אידען זיינען געצוואונגען צו וואוינען און וועלכער איז דער איינציגער קוואַרטאַל, וואו זיי איז ערלויבט צו וואוינען. אַזעלכעס איז נאַטירליך ניטאָ. ער געברויכט דעם וואָרט צו באַצייכענען אַזעלכע גאַסען, וואָס זיינען הויפּטזעכליך באַזעצט מיט אידען.

ביעטש איז געווען גוט באַקאַנט אין דער צייטונגס־וועלט פֿון ניו יאָרק. וואָרים ער איז געווען איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿיגורען אין דער „ניו יאָרק סאָן", איינער פֿון דאַנאַ'ס באַליבטע מיטאַרבייטער.

מיין אַרטיקעל איז ערשינען נעקסטען זונטאָג, מיט גאַנץ ווייניג ענדערונגען. איך בין געווען אויפֿ'ן זיבעטען הימעל.

אין מיין אַרטיקעל האָב איך געבראַכט אַ ביישפּיל פֿון אַמעריקאַניזירטען אידיש, וואָס מען רעדט אין אַמעריקא. איך האָב צוזאַמענגעשטעלט אַ לאַנגען זאַץ, וועלכער איז כמעט דורכ־אויס באַשטאַנען פֿון ענגלישע ווערטער, וועלכע אונזערע אימי־גראַנטען האָבען שוין דאַן געהאַט אַריינגענומען אין זייער שפּראַך. אַ טייל פֿון דעם זאַץ איז געווען: „איך וועל סקראָבען דעם פּלאָר, קלינען די ווינדעמס און פּאָלישען דעם סטאָוו".

דיזע ווערטער האָבען אין דער רעדאַקציע געצויגען אַזוי פֿיל אויפֿמערקזאַמקייט, אַז דער זעלבער נומער „סאָן" האָט ענטהאַל־

עראַזמוס דאַרווין ביעטש. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין די אַכציגער יאָהרען.
עראַזמוס דאַרווין ביעטש. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין די אַכציגער יאָהרען.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 328–329)

329טען אַ לייט־אַרטיקעל וועגען מיין באַשרײַבונג, און דאָרטען איז געבראַכט געוואָרען די דערמאָנטע שטיקעל אַמעריקאַנער אידיש.

איך האָב געשריבען ווייטערע אַרטיקלען, און מען האָט זיי אַלע אָנגענומען, אַלע אויסער איינעם.

כמעט יעדעס מאָל, ווען איך בין געקומען אין דער רעדאַקציע, פֿלעגט ביעטש מיט מיר פֿאַרציהען אַ געשפּרעך. ער פֿלעגט מיט מיר רעדען וועגען רוסלאַנד און אונזער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, וועגען די רוסישע שריפֿטשטעלער, וועגען מיינע באַקאַנטע אין אַמעריקא, וועגען די אידישע אימיגראַנטען, וועגען דער איוונינג סקול, וואו איך בין געווען אַ לעהרער.

ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר צוויי פֿון די אַנדערע מיטאַרבייטער און דורך זיי בין איך באַקענט געוואָרען מיט נאָך אַ פּאָר. ווען איך פֿלעג זיי טרעפֿען אין אַ פֿרייער צייט, פֿלעגען זיי מיך בעטען זיצען און מיר פֿלעגען שמועסען.

איך האָב אויך געשריבען איניגע אַרטיקלען פֿאַר דער „סטאַר" און דערנאָך פֿאַר דער „פּרעסס" — צוויי טעגליכע צייטונגען, וועלכע עקזיסטירען שוין לאַנג ניט.

איך בין שוין געווען „גוט אויסגעגרינט", און די אַמעריקאַנער צייטונגען האָב איך געלעזען מיט חשק אין פֿאַרלויף פֿון פֿיער־פֿינף יאָהר. אָבער וועגען דער צייטונגס־וועלט פֿון אַמעריקא האָב איך ביז דאַן געוואואוסט גאַנץ ווייניג. איצט האָב איך מיט דיזער וועלט אָנגעהויבען באַקאַנט צו ווערען, און איך בין דער־גאַנגען פֿילע זאַכען, וועלכע זיינען פֿאַר מיר געווען אַ נייעס.

איך האָב שוין באַמערקט, אַז דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט האָט געהערט צו אַנאַנדער טיפּ ווי דער אייראָפּעאישער. אין רוסלאַנד, צום ביישפּיל, ווען מען האָט באַדאַרפֿט האָבען אַ רעדאַקטאָר פֿאַר אַ וויכטיגער צייטונג, פֿלעגט מען נעהמען אַ געלעהרטען מאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַ אוניווערסיטעט, וועלכער איז געווען גוט באַקאַנט מיט פּאָליטישע פֿראַגען. אויך די אַנדערע מיטאַרבייטער זיינען מייסטענס געווען געבילדעטע מענשען. דאַ, האָב איך באַמערקט, איז גאַנץ אַנדערש. זינט איך בין געוואָרען אַן איינגעהער אין דער רעדאַקציע פֿון דער „סאָן", האָב איך 330זיך דערוואואוסט, אַז זעהר ווייניג אַמעריקאַנער זשורנאַליסטען האָבען געענדיגט אוניווערסיטעט, און פֿילע פֿון זיי האָבען אפֿילו קיין האַי־סקול ניט באַזוכט.

אַמעריקא האָט שוין דאַן געהאַט אויסגעצייכענטע זשור־נאַליסטען. געבילדעטע מענשען זיינען אָבער צווישען זיי געווען זעהר ווייניג. זיי האָבען פֿאַרשטאַנען ווי צו פֿיהרען אַ צייטונג פֿאַר אַ גרויסען עולם און אַ היבשע צאָהל פֿון זיי זיינען געווען גלענצענדע שרייבער. זיי האָבען זיך דאָס אָבער אויסגעלערנט אויף אַ פּראַקטישען שטייגער, ווי כמעט אַלץ פֿלעגט מען אין יענע צייטען זיך אויסלערנען אין אַמעריקא. מען פֿלעגט ווערען אַן אַדוואָקאַט, אַ דאָקטאָר אָדער אַן אינזשיניר מיט ווייניג בילדונג. און דאָך זיינען דאַ געווען איניגע מערקווירדיגע קרעפֿטען אין יעדער פּראָפֿעסיע. אַזוי איז אויך געווען מיט דעם צייטונגס־פֿאַך.

מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער האָב איך געלעזען אַ סטענאָגראַ־פֿישען באַריכט פֿון אַ לעקטשור וועגען זשורנאַליזם, וועלכע טשאַרלס דאַנאַ, דער הויפּט רעדאַקטאָר און בעל־הבית פֿון דער „סאָן", האָט געהאַלטען פֿאַר די סטודענטען און פּראָפֿעסאָרען פֿון קאָלאָמביא קאָלעדזש. צווישען אַנדערע זאַכען האָט דאַנאַ געזאָגט, אַז אַמעריקאַנער צייטונגס־רעדאַקטאָרען האַלטען זעהר ווייניג פֿון מיטאַרבייטער, וואָס קומען צו זיי פֿון די קאָלעדזשעס. זיי גלויבען, אַז צייטונגס־אַרבייט דאַרף מען שטודירען אין אַ צייטונגס־אָפֿיס און אין לעבען; אַז אַ געשטודירטער מענש קען ביכער, ניט דעם לעבען. און אַ צייטונגס־מאַן דאַרף קעננען דעם לעבען.

„דער בעסטער מיטאַרבייטער אין אונזער צייטונג קען ניט שפּעלען ריכטיג, — האָט ער געזאָגט, — זיינע גרייזען קען מען אָבער לייכט פֿיקסען, דאָס איז אַ קלייניגקייט. דערפֿאַר האָט ער אַן אויג צו זעהן און אַ ריכטיגען שכל צו פֿאַרשטעהן וואָס ער זעהט".

ווען איך האָב דאַנאַ'ס לעקטשור געלעזען אין דער „סאָן", האָט זי אויף מיר געמאַכט אַ משונה'דיגען איינדרוק. איצט, אַז איך בין אַביסעל באַקאַנט געוואָרען מיט אַן אַמעריקאַנער 331רעדאַקציע, האָב איך דאַנאַ'ס באַהויפּטונג געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגען, אַזוי צו זאָגען.

איך האָב וועגען דעם ענין אַמאָל געשמועסט מיט איינעם פֿון די „סאָן" מיטאַרבייטער — אַ מאַן שוין אין די מיטעלע יאָהרען. ער גופֿא איז געווען אַ לעבעדיגע באַשטעטיגונג פֿון דאַנאַ'ס ווערטער. ער האָט מיר אָפֿען געזאָגט, כמעט זיך באַריהמט, אַז ער איז אין סקול געגאַנגען גאַנץ ווייניג. ער האָט אויף זיין לעבען געהאַט אַלערליי באַשעפֿטיגונגען: געאַרבייט בײַ זיין פֿאַטער אויפֿ'ן פֿאַרם, געווען אַ שריפֿטזעצער, אַ דראָגיסט, אַן אַקטיאָר און זאָגאַר אַ קאַאובאָי אין די וועסט. ער האָט אימער געהאַט חשק צו שרייבען. אָבער איידער ער האָט זיך צוגעשלאָגען צו אַ דזשאָב אַלס צייטונגס־רעפּאָרטער, האָט ער ווידער אַ פּאָר יאָהר געמוזט אַרבייטען אַלס שריפֿטזעצער.

איצט איז ער געווען אַ גוטער רעפּאָרטער און פֿעליעטאָניסט. דאַנאַ'ן האָט ער פֿאַרגעטערט.

ריידענדיג מיט מיר וועגען דאַנאַ'ס דערמאָנטע לעקטשור, האָט ער געזאָגט:

„געוויס האָט ער רעכט. אַ מענש, וואָס ספּעלט ריכטיג און קען גראַמער, קען מען דינגען פֿאַר עטלאַכע דאָלאַר אַ וואָך. שכל אָבער, געניטקייט און די פֿעהיגקייט צו שרייבען אינטערע־סאַנט — דאָס איז אַ פֿיל טייערער אַרטיקעל".

אין שפּעטערע יאָהרען האָט קאָלאָמביא קאָלעדזש איינגע־פֿיהרט אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג צו לערנען זשורנאַליזם. דאָרטען שטודירט מען די פּראָפֿעסיע אויף אַ פּראַקטישען, עכט־אַמעריקאַ־נישען שטייגער; און דאָס איז אַבסאָלוט ניט דער אייראָפּעאישער שטייגער. אין די אַכציגסטע יאָהרען אָבער זיינען נאָך אפֿילו אַזעלכע קורסען אויך ניט געווען. דאָס לעבען אַליין איז געווען דער איינציגער קורס אַזעלכער.

די פֿינף יאָהר, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא, האָבען מיר געגעבען אַ היבשע ביסעל ערפֿאַהרונג. דער דורכ־שניטליכער אימיגראַנט לעבט דאָ אַ לעבען, וואָס איז אַ סך רייכער אין ערפֿאַהרונגען ווי זיין לעבען אין דער אַלטער היים. דערצו נאָך בין איך געווען פֿול מיט נייגעריגקייט, פֿול מיט דורשט צו 332בעאָבאַכטען. אַלזאָ, האָב איך דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, אין אַלגעמיין גענומען, נאָך פֿריהער פֿאַרשטאַנען. איך האָב געזעהן זיינע שלעכטע זייטען; איך האָב אָבער אויך געקענט אָפּשאַצען זיינע מעלות.

דאָך, די ערפֿאַהרונגען, וואָס איך האָב איצט געהאַט אַלס „פֿרי לענס" (ניט רעגעלמעסיגער מיטאַרבייטער) אין אַ פּאָר ניו יאָרקער צייטונגען, האָבען מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם פֿיעל רייכער געמאַכט. יעדען טאָג פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז מיר עפֿענען זיך די אויגען פֿון דאָס ניי, אַז איך פֿאַרשטעהע בעסער אי זיינע שטאַרקע פּונקטען, אי זיינע שוואַכע.

קיין גרויסע גליקען האָב איך פֿון מיינע ענגלישע אַרטיקלען ניט געמאַכט. דער פּרייז פֿאַר אַ קאָלום אין דער „סאָן" (אַ לאַנגער און אַ געדיכטער קאָלום פֿון אַן ערך צוועלף אָדער דרייצעהן הונדערט ווערטער) איז געווען אַכט דאָלאַר (די קאָלומס אין דער „סטאַר" און אין דער „פּרעסס" זיינען געווען אַביסעל קירצער, איז דער פּרייז געווען קלענער). אַן אַרטיקעל פֿלעגט האַל־טען צוויי אָדער אַנדערהאַלבען קאָלומס. מיינע זאַכען פֿלעגען קעננען געדרוקט ווערען נאָר זונטאָג (אין דעם „סאָנדעי סאַפּלעמענט"), און האָבען דאָרטען עפּעס יעדען זונטאָג איז אויך ניט געווען מעגליך. ווען עס זיינען געווען וויכטיגערע זאַכען, פֿלעגט מען מיין אַרטיקעל אָפּלייגען. און אַמאָל פֿלעגט טרעפֿען, אַז ער איז שוין געווען אויפֿגעזעצט, נאָר „קראָודעט אוט" (אַרויסגע־שטופּט פֿון בילבערע לעזע־שטאָף). אין אַזאַ פֿאַל פֿלעגט מען מיר באַצאָהלען, אָבער איך וואָלט בעסער מוחל געווען די געצאָלט, אַבי זעהן דעם אַרטיקעל אין דער צייטונג.

מיין נאָמען איז אויף מיינע אַרטיקלען ניט געשטאַנען. אַזוי פֿיהרט זיך געוויינליך אין אַמעריקאַנער צייטונגען אפֿילו היינט אויך. און אין יענע יאָהרען איז די מאָדע געווען נאָך מעהר פֿאַרשפּרייט. בלויז דעם נאָמען פֿון אַ באַריהמטען שריפֿט־שטעלער אָדער זשורנאַליסט פֿלעגט מען זעהן אין דער צייטונג.

333עס האָט דאַן געפֿלאַקערט אַ קאָנקורענץ צווישען דאַנאַ'ס „סאָן" און דער „ניו יאָרק וואָירלד", פֿון דזשאָזעף פּוליטצער.

זינט פּוליטצער איז געקומען פֿון סט. לואיס און האָט אָפּגעקויפֿט די צייטונג, האָט זי געהאַלטען אין איין וואַקסען. ער האָט אין איהר אריינגעגעבען אַלץ מעהר לעבען, און עס האָט ניט אויפֿגעהערט מיט איהר צו קאָכען. ער פֿלעגט זיך צוטשעפּען צו עפּעס אַן אונרעכט, אַן עוולה, אַ חשד אויף אַ בעאַמטען, מאַכען דערפֿון אַן „אישו" און אָנהויבען צו שטורמען. אין זיינע הענט האָט די צייטונג געפֿלאַמט מיט סענסאַציעס. זי האָט אָבער געהאַט אַ סך זאַכען, וואָס זיינען ווירקליך געווען אינטערעסאַנט. די געוועהנליכע נייעס איז געווען געשריבען מיט קאָליר, מיט איינצעלהייטען, וועלכע מאַכען אַן איינדרוק. און אָפֿט פֿלעגט זיך אין דער „וואָירלד" באַווייזען אַ נייעס־באַריכט, וועלכען אַנדערע צייטונגען האָבען ניט געהאַט. ער האָט געהאַט אַ „ביעט" נאָך אַ „ביעט".

עס האָט זיך געפֿיהלט, אַז אין דער רעדאַקציע פֿון דער „וואָירלד" זיצט אַן „אונרוה", וועלכער גיט אַכטונג אויף יעדען מיטאַרבייטער, אויף יעדען וואָרט, וואָס ווערט געשריבען, אויף יעדען קער וואָס ווערט געטאָן. עס האָט זיך געפֿיהלט, אַז די צייטונג ווערט באַהערשט פֿון אַ קראַפֿט, וועלכע עלעקטריזירט איהר מיט נערוועזער ענערגיע.

פֿריהער פֿלעגט דער „העראַלד" זיין די לעבעדינגסטע צייטונג אין אַמעריקא. בעננעט, איהר רעדאַקטאָר און בעל־הבית, האָט געאַרבייט לויט דעם כלל אַז אַ צייטונג דאַרף ניט נאָר דרוקען נייעס, נאָר אויך „מאַכען נייעס", שאַפֿען סענסאַציאָנעלע פּאָסי־רונגען, וועגען וועלכע דער עולם זאָל וועלען לעזען. ער האָט געשפּענט מיליאָנען אויף סענסאַציאָנעלע עקספּעדיציעס (אויפֿצו־זוכען, צום ביישפּיל, אַ באַריהמטען רייזענדער און פֿאָרשער, וועלכער איז פֿאַרלאָרען געוואָרען אין די ווילדע געגענדען פֿון אַפֿריקא). כדי צו זיין דער ערשטער ביים טעלעגראַף, אויף די שלאַכטפֿעלדער פֿון דער רוסיש־טערקישער מלחמה, ווען מען האָט ערוואַרטעט אַ וויכטיגע נייעס, האָט בעננעט'ס קאָרעספּאָנ־דענט, מעק־געעיהען, טעלעגראַפֿירט צעהנדלינגע פֿיידזשעס פֿון דער 334ביבעל. אויף דיזען אַרט האָט ער געהאַט דאָס רעכט די גאַנצע צייט צו זיצען בײַ דעם אַפּאַראַט, און ווען די נייעס איז אָנגעקומען, האָט ער דער ערשטער איהר געקענט טעלעגראַפֿירען.

איצט איז אויך אויך דער „העראַלד" געווען רייך און מעכטיג, אָבער די „סאָן" האָט פֿאַרנומען אַ זעהר וויכטיגען פּלאַץ, און זי האָט געהאַלטען אין איין שטייגען; באַווייזט זיך גאָר פּלוצלונג אַן אונגאַרישער איד און הויבט אָן צו קערען און וועלטען. דאַנאַ האָט פֿון פּוליטצער'ם ערפֿאָלג שטאַרק געליטען, און זיין האַס צו איהם האָט ניט געהאַט קיין גרענעץ. ער האָט איהם אַטאַקירט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. ער פֿלעגט שרייען, אַז פּוליטצער פֿאַרגיפֿטעט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, אַז ער מאַכט איהם צו סענסאַציאָנעל און בילינ.

רופֿען איהם „שיני" אָדער אפֿילו „דזשו" וואָלט געווען געגען די אַמעריקאַנער געוואואינהייטען, געגען די כללים פֿון אַנשטענדינגקייט; האָט ער אויסגעקלערט אַ ווערטעל: „האָנגרי דזשאָו" (הונגעריגער דזשאָו, אָדער דזשאָזעף), דאָס הייסט, אַז דיזער דזשאָזעף פּוליטצער האָט אַ צו גרויסען אַפּעטיט; ער וויל אריינכאַפּען אַלץ מעהר; אין אמת'ן אָבער האָט דאָס געהייסען „האָנגריען דזשו" (דער אונגאַרישער איד).

פּוליטצער האָט, נאַטירליך, ניט געמיינט די הגדה, נאָר די קניידלעך. מיט די גוואַלדען, וואָס ער האָט געמאַכט וועגען דער אונעהרליכקייט פֿון געוויסע בעאַמטע, וועגען עוולות געגען קהל, האָט ער געהאַט אין זינען ניט מעהר און ניט ווייניגער ווי צירקולאַציע. אָבער דאַנאַ האָט מיט זיינע אַטאַקעס אויף פּוליטצער'ן אויך ניט געמיינט די הגדה. פּוליטצער האָט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם ניט ערפֿונדען, נאָר געפֿונען. ער האָט איהם גענומען ווי ער איז און אַלס אַזעלכען האָט ער איהם ווייטער ענטוויקעלט.

ער איז געווען אַ דאַרער, אַ קרענקליכער, מיט אַן עכט־אידישען פּנים, און מיט אַן עכט־אידישען נערוועזען טעמפּעראַ־מענט. זיין מוטער איז געווען אַ קריסטין, אָבער זיין פֿאַטער איז געווען אַ איד, און זיין כאַראַקטער, פּונקט ווי זיין פּנים, האָט ער איינגאַנצען גע'ירש'ענט פֿון איהם. ער איז געבאָרען 335געוואָרען מיט אַ אידישען אונטערנעמונגס־גייסט, מיט אַ אידישען פֿייער און מיט אַ זעלטענער אַרבייטס־פֿעהיגקייט; און אין אַמעריקא האָט דאָס אַלץ באַקומען אַמעריקאַנישע פֿאָרמען.

ער האָט געהאַט אַ ריזיגען ערפֿאָלג. „די וואָירלד" איז געוואַקסען ווי אויף הייוון. מען האָט וועגען איהר גערעדט איבער גאַנץ אַמעריקא, און אומעטום האָבען אַמעריקאַנער רעדאַקטאָרען איהר נאָכגעמאַכט. פּוליטצער איז שנעל געוואָרען אַ מיליאָנער און איינער פֿון די וויכטיגסטע פּערזענליכקייטען. זיינע אויגען זיינען אָבער געווען שוואַך, און זיין אונערמידליכע מעטיגקייט און פֿראַצע האָבען אויף זיי קיין גוטע ווירקונג ניט געהאַט. צוזאַמען מיט ערפֿאָלג און רייכטום איז בײַ איהם געוואַקסען אַ גרויסע טראַגעדיע — פֿאַלשטענדיגע בלינדקייט.

אין דער צייט, וועגען וועלכער איך דערצעהל אין דיזען קאַפּיטעל, איז אין די קאָנקורענץ פֿון דער „וואָירלד" געגען דער „סאָן" געווען אויף איהר העכסטער שטופֿע. מיין באַקאַנטער רעפּאָרטער פֿון דער „סאָן" פֿלעגט מיט מיר ריידען וועגען דעם יעדעס מאָל, ווען ער פֿלעגט נעמען ריידען וועגען דער „וואָירלד", פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז איך דערמאָן איהם אָן איהר, ווייל איך בין פֿון דעם זעלבען פֿאָלק ווי פּוליטצער. דיזער רעפּאָרטער האָט פֿאַרגעטערט דאַנאַ'ן, און פּוליטצער איז איהם געווען העסליך. אָבער קיין אַנטיסעמיטיזם האָב איך אין איהם ניט געפֿילט. אַמעריקאַנער זיינען זעהר טאַקטפֿול און זיי קוקען אויף אַלץ פֿון אַ פּראַקטישען שטאַנדפּונקט. בײַ זיי קומט אַזאַ געשפּרעך אויס גאַנץ אַנדערש ווי בײַ אַן אייראָפּעאישען קריסט.

4
נויט. — בורזשויעס און קבצנים. — איך הויב אָן צו שטו־דירען לאָ.

מיין מאַטעריעלע לאַגע איז ניט געווען קיין גלענצענדע. מיינע צוויי מלאכות האָבען מיר געבראַכט ווייניג ברכות.

ווען איך וואָלט זיך איינגאַנצען אָפּגעגעבען צו אַמעריקאַנער זשורנאַליסטיק, וואָלט אַלץ געגאַנגען אויף אַנאַנדער שטייגער.

336אין איהר זיינען שוין דאַן געווען פֿאַרשידענע צווייגען, וועלכע האָבען גוט געצאָהלט, און איך וואָלט געקענט אויפֿבויען אַ גוטע קאַריערע אין זיי. אָבער אום צו האָבען ערפֿאָלג, איז נויטיג זיך אריינצואווארפֿען אין דער זאַך מיט דער גאַנצער ענערגיע און מיט דער גאַנצער באַגייסטערונג, וואָס מען פֿאַרמאָגט. איך האָב אַזוי ניט געטאָן. מיין גרעסטער אינטערעס און באַגייסטע־רונג איז געלעגען אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. די ראָלע וואָס איך האָב דאַן גענומען שפּילען אין דער אַמעריקאַנער סעקשאָן איז פֿילייכט געווען אַ ספּעציעלע טרייב־קראַפֿט דערצו.

ווי די מעשה איז, מיינע אַרטיקלען פֿאַר דער „סאָן", „סטאַר" אָדער „פּרעסס" האָב איך געשריבען מיט אינטערעס און אַמביציע, אָבער ניט מיט אַ פֿאָלשטענדיגען אינטערעס און מיט אַ פֿאָל־שטענדיגער אַמביציע. זיי זיינען בײַ מיר געווען אַ בײַ־זאַך.

אַ צווייטע אורזאַכע איז געווען מיין באַגריף, אַז אין דער קאַפּיטאַליסטישער פּרעסע מעג אַ סאָציאַליסט שרייבען נאָר גע־וויסע זאַכען. די רעדאַקטאָרען פֿון די דערמאָנטע צייטונגען פֿלעגען מיר פֿאָרשלאָגען ספּעציעלע „עססאַינמענטס". איך פֿלעג זיך אָבער אָפֿט ענטזאָגען. דאָס טאָר מען ניט, און יענעם פּאָסט פֿאַר אַ סאָציאַליסט סתם ניט, כאַטש די טעמאַס זיינען פֿון אַ סאָציאַליסטישען שטאַנדפּונקט געווען פֿאָלשטענדיג כשר. היינט האָבען סאָציאַליסטען גאַנץ אַנדערע באַגריפֿען וועגען דעם; און ווען איך דערמאָן זיך איצט פֿון וועלכע „עססאַינמענטס" איך פֿלעג זיך צוריקהאַלטען, קומט דאָס מיר אויס נאַאיוו.

סתם ענטזאָגען זיך האָב איך ניט געוואָלט. פֿלעג איך צו־קלעהרען תירוצים. אָבער דאָס האָט מיר געשטערט צו ענטוויקלען מיינע מעגליכקייטען אין דער רעדאַקציע.

אַ דריטע אורזאַכע איז געווען דער פֿאַקט, אַז איך האָב ניט געהאַט קיין פּראַקטישע אויג צו זעהן וואו עס ליגען מיינע בעסטע זשורנאַליסטישע געלעגענהייטען. איך האָב געאַרבייט אויף אַרטיקלען, וועלכע האָבען זיך מיר גאָרניט געלוינט, און ניט באַמערקט אָפֿענע טירען, דורך וועלכע איך וואָלט געקענט ארײַנ־קומען אין פֿיל וויכטיגערע קרייזען פֿון דער אַמעריקאַנער זשור־נאַליסטיק, צוקומען צו אַ נאָמען און צו אַ פֿיינעם איינקונפֿט.

337דער רעזולטאַט איז געווען, אַז מיין הכנסה פֿון שרייבען איז ניט געווען קיין רעגעלמעסיגע און ניט קיין גענוגענדע. קאָמפּלימענטען האָב איך פֿון די אַמעריקאַנער רעדאַקטאָרען באַקומען, אָבער לעבען פֿון מיינע אַרטיקלען האָב איך ניט געקענט.

מיינע פּריוואַטע לעסאָנס האָבען מיר שוין אויך מעהר ניט געקענט באַזאָרגען מיט אַ צופֿרידען־שטעלענדער חיונה. דער געצאָהלט איז געווען קליין. אַ חוץ דעם: די לעסאָנס גופֿא זיינען מיר געוואָרען אַזוי צו־לאַסט, אַז איך פֿלעג זיי פֿאַרנאַכלעסיגען, אָדער אינגאַנצען אוועקווואַרפֿען. אָט איז אַ ביישפּיל פֿון איין ערפֿאַהרונג אזאַ:

איך האָב געהאַט אַ לעססאָן ביי אַ פֿאַמיליע פֿון אַ סטאָר־קיפּער, וועלכער האָט געוואוינט אויף העזרי סטריט. זיינער אַ באַי איז געווען שוואַך אויף גרעממער און אַריפֿמעטיק, האָט ער מיך גענומען אַלס אַ צוגאָב צו זיין סקול. אימיצער האָט דעם פּאָטער דערצעהלט, אַז איך בין אַ קינסטלער אויף צו „פֿיקסען" גראָבע קעפּ, האָט ער מיך איינגעלאַדען. מיר האָבען זיך באַדונ־גען אויף דריי לעססאָנס אַ וואָך, צו זעכציג סענט אַ שטיק. איך האָב דאָרטען אָפֿגעלערענט עטליכע וואָכען און אַלץ איז געגאַנגען כשורה. דער סטאָר־קיפּער פֿלעגט זיך אַרויפֿכאַפּען אין שטוב הערען ווי איך לערן מיט זיין זוהן און ער פֿלעגט גאָר קוועלען. פֿאַר באַגייסטערונג פֿלעגט ער זיך אַריינמישען אין דעם לעסאָן און מיר טרייען צו ווייזען, אַז ער האָט אַמאָל געלערענט דקדוק אין דער היים און אַז אויף חשבונות איז ער אויך ניט קיין קאַליקע. איך פֿלעג עס ניט קענען פֿאַרטראָגען. איך האָב איהם אַ פֿאַר מאָל געזאָגט גאַנץ פּשוט, אַז ער זאָל זיך ניט מישען.

דאָס האָט איהם אָבער ניט געאַרט, און ער האָט זיך וויטער געמישט.

דאָך, צוליב דעם אַליין וואָלט איך דיזען לעסאָן ניט אַוועק־געוואָרפֿען. איינמאָל האָט אָבער פּאַסירט אזאַ געשיכטע:

איך פֿלעג מיט דעם באַי לערנען אין פּאַרלאָר. דאָרטען איז געשטאַנען אַ ראַקינג־טשער, באַצויגען מיט שוואַרצע סעמעל־האָר; דער ראַקינג־טשער איז געווען אויף ספּרינגס.

338בשעת איך פֿלעג לערנען מיט'ן באַי, פֿלעג איך ענטוועדער געהן איבער'ן צימער הין און צוריק, אָדער זיך וויגען אין ראַקינג־טשער. איינמאָל, בשעת איך בין געזעסען און געוואָרט ביז מיין שילער וועט מאַכען אַ חשבון, וואָס איך האָב איהם ער־קלעהרט, האָב איך זיך אזוי צו־וויגט, אַז די ספּרינג האָט גע־פּלאַצט. איך האָב דאָס גלייך געזאָגט דער באַלעבאָסטע און פֿאָרגעשלאָגען צו באַצאָהלען פֿאַר'ן היזק. איך האָב געמיינט, זיי וועלען מיין פֿאָרשלאַג ניט אָננעהמען, וואָרים זיי זיינען געווען גאַנץ רייך. איך האָב אָבער אַ טעות געהאַט. דער סטאָר־קיפּער האָט געשיקט נאָך אַ בעל־מלאכה, און מען האָט אַריינגע־זעצט אַ נייע ספּרינג. ווען איך בין געקומען דעם נעקסטען מאָל צום לעססאָן, האָט מען מיר דערלאַנגט אַ ביל (פֿאַר צוויי דאָלאַר, דאַכט זיך), וועלכען ער האָט אַראָפּגענומען פֿון מיין געצאָהלט.

איך האָב זיך געפֿיהלט עקעלהאַפֿט. ניט די צוויי דאָלאַר, נאַטירליך, האָבען מיך געערגערט. מיר האָט זיך געדוכט, אזוי ווי מען וואָלט מיר צופֿאַטשט מיין פּנים. די גראָשענע גראָב־יונגישקייט, וועלכע האָט געשטעקט אין דעם, האָט מיך געער־גערט אָהן אַ ברעג. איך האָב געוואָלט דעם בעל־הבית ערקלעה־רען וואָס פֿאַר אַן „איידעלער" מענש ער איז. געטאָן האָב איך דאָס ניט. אָבער מעהר ביי איך אהין ניט געקומען.

דאָס איז נאָר איין ביישפּיל. עס זיינען געווען פֿאַרשידענע אַנדערע פֿאַלען. איך פֿלעג אַוועקווואַרפֿען אַ לעססאָן צוליב דעם כאַראַקטער פֿון דעם שילער, אָדער צוליב ספּעציעלע אומשטענדען, וועלכע האָבען אַרומגערינגעלט דעם לעססאָן.

די איוונינג־סקול איז מיר געווען אינטערעסאַנטער. איז זי אָבער געווען אָפֿען נאָר אין די ווינטער־מאָנאַטען.

ווינטער, ווען איך האָב געהאַט אַ רעגעלמעסיגען איינקונפֿט פֿון דער איוונינג־סקול, איז נאָך געווען נישקשה. דאָס נויטיגסטע איז געווען באַזאָרגט. זומער אָבער פֿלעגט אַמאָל טרעפֿען, אַז לעססאָנס איז געווען זעהר ווייניג, און ווען קיין איינקונפֿט פֿון אַרטיקלען איז אויך ניט געווען, פֿלעגט אויסקומען גאַנץ ענג.

339אויף באַרגען געלד בין איך קיינמאָל ניט געווען קיין קינסטלער. איך האָב זיך געשעהמט. און מיין פֿרוי איז אויף אַזעלכע זאַכען אויך ניט געווען קיין בריה. עס זיינען געווען צייטען, ווען זי האָט אויך געהאַט לעססאָנס; פֿלעגט אָבער גראָד טרעפֿען, אַז דאַן האָב איך געהאַט צו־ווייניג. עס זיינען געווען וואָכען, ווען זי האָט מיט איהרע לעססאָנס אויסגעהאַלטען די גאַנצע הוצאה.

ווען איך פֿלעג פֿאַרדינען נישקשה'דיג, און עס פֿלעגט זיך מיר מאַכען אַ היבשע סומע אין האַנט, פֿלעגען מיר פֿריהער פֿון אַלץ זיך באַזאָרגען מיט דינערס אויף אַ גאַנצען מאָנאַט. אויף קאַנעל סטריט, ניט ווייט פֿון דער באַוערי, איז דאַן געווען אַ ביליגער קריסטליכער רעסטאָראַן, וואו מיר פֿלעגען עסען; פֿלעגען מיר דאָרט איינקויפֿען דרייסיג „קאָמיוטיישאָן" טיקעטס (פֿאַר אַ ביליגערען פּרייז).

עס האָט ניט זעלטען געטראָפֿען, אַז איך זאָל באַזוכען אַ פּאָון־שאַפּ. איך פֿלעג זיך אויסקלייבען אַזעלכע, וואָס האָט זיך געפֿונען וואָס ווייטער פֿון דעם געגענד, וואו אונזערע באַ־קאַנטע האָבען געוואואינט. איינער איז געווען אויף גרענד סטריט, לעבען פּיטט, און אַ צווייטער נאָך ווייטער צום וואַסער צו. ווען איך פֿלעג קומען אהין אין דער פֿריה, הויפּטזעכליך ביים ענדע וואָך, ווען ביי די אַרבייטער זיינען די ווינדזשעס שוין לאַנג געספּענדט, פֿלעג איך דאָרטען געפֿינען אַ גאַנצען קראָוד מיט קינדער, מייסטענס איירישע, יעדער מיט אַ פּעקעל צום פֿאַר־זעצען. אַמאָל פֿלעגט מיר אויסקומען דאָרטען צו וואַרטען אַ היב־שע צייט איידער עס איז דערגאַנגען צו מיר. פֿלעג איך שטעהן און בעאָבאַכטען די פֿאַרשידענע סצענעס.

אין איינעם פֿון די צוויי פּאָון־שעפּער פֿלעגט מען נעהמען אַלס אַ משכן אַזעלכע קלייניגקייטען, אַז איך פֿלעג ערשטוינט ווערען: אַ העמד, אַ פֿאָר דראָערס, אַן אַלטע לעפּעל, ניט קיין זילבערנע, און זאָגאַר צוויי פֿאָר זאָקען. איך האָב אַמאָל פֿאַר־צייכענט ביי זיך אזאַ משכן ווי אַ פּעטטיקאָוט מיט צוויי לעכער. דער פּאָון־שאַפּ־קיפּער איז געווען אַ הויכער אַלטער יענקי מיט אַ ווייסער באָרד. ער פֿלעגט טראָגען אַ ווייסען כאַלאַט. זיין 340נאָמען איז געווען ראָוטש*. פֿון אָנהויב האָב איך געגלויבט, אַז דער נאָמען פּאַסט זיך איהם, אָבער ערשטענס, איז ער געווען צו־הויך, און צווייטענס, האָט ער געהאַט אזאַ אָנגענעמען שמייכעל, אַז איך האָב דעם פֿאַרגלייך אוועקגעוואָרפֿען. די קינדער פֿלעגען זיצען אויפֿ'ן קאַונטער גרופּען־ווייז. זיי פֿלעגען איהם ציהען פֿאַר זיין כאַלאַט און שרייען: „מיסטער ראָוטש! מיסטער ראָוטש!" און רוקען איהם דעם משכן אין פּנים. און ער פֿלעגט גאַנץ גוטמוטיג שמייכלען און זיך אָנגעהן מיט זיינע ביזנעס, אזוי ווי ניט איהם מיינט מען דאָס. פֿאַר פֿילע משכנות פֿלעגט ער באַרגען צו צעהן סענט, אָדער זאָגאַר צו פֿינף. אָבער אין דעם זעלבען פּאָון־שאַפּ פֿלעגט מען אַריינברענגען טייערע זאַכען אויך. איך האָב דאָרטען אַמאָל געזעהן אַן אמת'ען סיעל־סקין־קאָוט און ווערטפֿולע דזשועלרי.

איינמאָל, אין אַ פֿרייען מאָמענט, האָב איך ביי איהם גע־פֿרעגט ווי אזוי עס לוינט זיך דער קאָמפּאַניע צו נעהמען אזאַ משכן ווי צוויי פֿאָר זאָקען אָדער אַ פֿאָר דראָערס. האָט ער מיר געענטפֿערט:

„די פֿאָר דראָערס וועט מען געוויס אַרויסנעהמען. מיט די פֿינף אָדער צעהן סענט זיינען מיר זיכער, און מייסטענס קען איך דעם קאָסטאָמער".

איך האָב זיך מיט איהם צורעדט, ספּעציעל אום צו זאַמלען מאַטעריאַל פֿאַר אַן אַרטיקעל, און איך האָב זיך דערוואוסט אינ־טערעסאַנטע זאַכען. אַמאָל זיינען די משכנות געקומען צוליב דער שכרות פֿון די באַלעבאָסטעס. אַמאָל פֿאַרזעצען זיי אַ פֿאָר דראָערס, אָדער צוויי פֿאָר זאָקען, פּשוט ווייל עס איז ניטאָ אויף ברויט. אָבער אַמאָל ווייל עס איז ניטאָ אויף אַ שנאַפּס. קיין אידען פֿלעג איך אין ראָוטש'ס פּלאַץ קיינמאָל ניט זעהן.

אזא עקאָנאָמישער צושטאַנד, אין וועלכען איך האָב זיך געפֿונען, איז דאַן צווישען אונזערע אינטעליגענטע אימיגראַנטען ניט געווען קיין אויסנאַהם. פֿילע פֿון אונז האָבען נאָך גע־אַרבייט אויף פֿעקטאָריס, ביי העמדלעך, סיגאַרען, אָדער ביי עפּעס 341אַן אַנדער טרייד. זייערע פֿאַרדינסטען זיינען געווען קליין. דער אימיגראַנט, וואָס איז געווען אַ בעל־מלאכה פֿון דער היים, האָט אין אַמעריקא פֿאַרדינט אַ סך מעהר, און ער האָט געלעבט ווי אַ פּריץ אין פֿאַרגלייך מיט אונז.

עס זיינען געווען אַ פֿאָר, וואָס האָבען דאָ אין אַמעריקא אויסגעשטודירט אויף דאָקטאָר אָדער דענטיסט, און זיי האָבען גענומען פֿאַרדינען גוטע געלט. אַן אַנדערער האָט זיך צוגעשלאָגען צו אַ פֿעקטאָרי. ווייטער זיינען געווען עטליכע האַלב־אינטעליגענ־טען, אָדער פֿערטעל־אינטעליגענטען, וואָס אין רוסלאַנד זיינען זיי געווען געשעפֿטס־לייט אָדער געאַרבייט ביי אַן אַנדערען אין אַ געשעפֿט, און אין אַמעריקא זיינען זיי גלייך אַריין אין ביזנעס. איך מיין אזעלכע, וואָס זיינען געווען דורכגעמישט מיט אונז. דיזע אַלע זיינען געווען אַן אויסנאַהם. זיי זיינען אין זייער מאַ־טעריעלער לאַגע געוואַקסען גאַנץ שנעל, און זיי האָבען זיך שנעל אָפּגעטיילט פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ און פֿון איהרע סאָ־ציאַליסטישע אינטערעסען. מיר האָבען איינער אויפֿ'ן אַנדערען געקוקט מיט פֿאַראַכטונג. מיר האָבען זיי באַטראַכט אַלס בור־זשוייעס, און זיי אונז אַלס קבצנים, „טרעמפּס".

דעם אָוונד פֿון דעם 31טען דעצעמבער פֿלעגען אייניגע פֿון די בורזשויעס זיך דערמאַנען אָן רוסלאַנד און קומען אויף אונזער סאָציאַליסטישען ניי־יאָהר־באַלל, אָבער נאָר איינינגע, און זייער צאָהל איז מיט יעדען יאָהר געוואָרען קלענער.

איינינגע באַקאַנטע האָבען מיך געראַטען צו שטודירען לאָ. אויסער דער פֿראַגע פֿון תכלית, איז דערביי געווען אזא רעכע־נונג: אין דעם עפֿענטליכען לעבען פֿון אַמעריקא שפּילען לאָ־יערס די וויכטיגסטע ראָלע, און די סאָציאַליסטישע באַוועגונג דאַרף האָבען איהרע אייגענע לאָיערס. אלזאָ, האָבען מיינע פֿריינד, הויפּטזעכליך מיינע אַמעריקאַנער גענאָסען, געגלויבט, אַז אַלס לאָיער וועל איך האָבען ערפֿאָלג אי אין מיינע פּריוואַט אינטערעסען, אי אין די אינטערעסען פֿון דער באַוועגונג.

אין דעם אידישען קוואַרטאַל זיינען געווען גענוג לאָיערס, אָבער מיט איין אויסנאַהמע זיינען זיי אַלע געווען אַמעריקאַנער 342געבאָרענע, מיט וועמען דאָס רוב פֿון אונזערע אידען האָבען ניט געקענט זיך צוזאַמענריידען. דער איינציגער אויסנאַהם איז גע־ווען אליעזר מאַשביר, דער פֿיהרער פֿון דעם אַמאָליגען באַלטער „עם־עולם", מיט וועמען איך בין געקומען קיין אַמעריקא צוזאַמען. די ערשטע פּאָר יאָהר האָט ער אין אַמעריקא געאַרבייט ביי העמדלעך. דערנאָך איז ער אָנגעקומען אין אַ לאָ־סקול, און איצט איז ער שוין געווען אַ גועונדיגטער. ער האָט געעפֿענט אַן אָפֿיס און האָט געהאַט אַ גרויסע פּראַקטיק*. מיך האָט מען אין דעם קוואַרטאַל געקענט אַ סך בעסער פֿון איהם. טויזענטער מענשען האָבען מיך געקענט אַלס רעדנער אויף די סאָציאַליסטי־שע מיטינגען און אַלס לעהרער אין דער איוונינג־סקול. און אזוי ווי מאַשביר האָט גלייך גענומען פֿאַרדינען גוטע געלט, האָבען אַלע פֿאָראויסגעזאָגגט, אַז איך וועל געוויס האָבען אַ גוטע פּראַקטיק.

אין סעפּטעמבער 1888 בין איך אָנגעקומען אין דער לאָ־אָפּטיילונג פֿון קאָלאָמביא קאָלעדזש. דער „דיען" (דירעקטאָר) און וויכטיגסטער פּראָפֿעססאָר פֿון דיזער אָפּטיילונג איז געווען דווַאיט, אַן אַמעריקאַנער פֿון דעם אַלטען שניט, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר פֿופֿציג, מיט קליינע שיטערע באַקען־בערד און אַן אָפּגע־גאָלטע אויבערשטע ליפּ און מיט אַ קלוגען אַמעריקאַנישען שמיי־כעל. אידען זיינען אויף די קורסען געווען ניט פֿיל און פֿון די רוסישע אימיגראַנטען בין איך געווען דער איינציגער.

מייסטע סטודענטען זיינען געווען עכטע אַמעריקאַנער, דייטש־אַמעריקאַנער אָדער איריש־אַמעריקאַנער — אַלץ אַמערי־קאַנער געבאָרענע. אייניגע האָבען געהערט צו באַקאַנטע רייכע אַמעריקאַנער פֿאַמיליעס. אייניגע פֿון זיי זיינען געווען געענ־דיגטע פֿון אוניווערזיטעטען און גאַנץ איידעלע מענשען. אַנדערע האָבען אויף מיר געמאַכט אַן איינדרוק ווי ווייניג געבילדעטע. וואָרים קיין עקזאַמען איידער מען האָט באַקומען דאָס רעכט צו שטודירען לאָ האָט זיך דאַן ניט געפֿאָדערט.

343אָבער אפֿילו די געבילדעטע האָבען מיר אויך אויסגעזעהן רויה, ווייניג ענטוויקעלט; און פֿון אידעאַלען האָבען זיי זיך אויסגע־לאַכט, גאָרניט ווי רוסישע סטודענטען. זיי זיינען געווען פֿון דעם זעלבען טיפּ ווי די באַיס פֿון מיין ליטעראַרישען קלוב.

מיט אַ פֿאָר פֿון די סטודענטען בין איך באַקאַנט געוואָרען נעהנטער ווי מיט די איבעריגע, הויפּטזעכליך מיט איינעם, וועל־כער איז געווען אַ סך עלטער פֿון מיר — אַ דאַרער, מיט גלאַנ־ציגע שטאָל־קאָלירענע האָר ביי די שלייפֿען (זיין נאָמען געדענק איך ניט). מיר זיינען געזעסען איינער לעבען דעם אַנדערען, און איידער דער פּראָפֿעססאָר האָט זיך באַוויזען אויף דער פּלאַט־פֿאָרמע, פֿלעגען מיר אַמאָל שטילערהייט זיך פֿאַרהערען דעם לעססאָן איינער דעם אַנדערען. נאָך די צוויי שטונדען, וואָס מיר פֿלעגען פֿאַרברענגען אין דעם קלאַס־צימער, פֿלעגען מיר אָפֿט געהן צוזאַמען און שמועסען.

אונזער אינטימערע באַקאַנטשאַפֿט איז אַרויסגעקומען דורך אַ בראָשורע, וועלכע האָט ענטהאַלטען אינגערסאָלל'ס אַ רעדע, און וועלכע איך האָב געהאַט מיט זיך, זיצענדיג ביי דער לעק־טשור. עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז ער איז אַן אַטעאיסט, אַ הייסער אָנהענגער פֿון אינגערסאָלל'ען. אַן אַמעריקאַנער אַטע־איסט הייסט שוין אַ ראַדיקאַל אויך. פֿאַר אזא מענשען מעגט איהר שוין זיין אַ סינגעל־טעקסער, אַ סאָציאַליסט און אפֿילו אַן אַנאַרכיסט. יעדענפֿאַלס איז דאָס אמת וועגען יענע צייטען.

די ערשטע זאַך, וואָס מיר האָבען געלערענט, איז געווען בלעקסטאָן'ס אַלטע ענגלישע ווערק, אַ גרויסער זעהר דיקער בוך וועגען „קאָממאָן לאָ", און פּאַרסאָן'ס דריי דיקע בענדער וועגען די געזעצען, וואָס זיינען שייך צו קאָנטראַקטען (דאָס הייסט, צו יעדען אָפּמאַך, צי אַ געשריבענער, צי ניט, און איבערהויפּט צו יעדער מאַטעריעלער שייכות צווישען איין מענשען און דעם צווייטען). דער אינהאַלט פֿון די ביכער איז געווען אַ שכל'דיגער. אויף ווייט איך האָב געדענקט דאָס ביסעל גמרא, וואָס איך האָב געלערענט אַלס אינגעל, האָט דאָס מיך עראיינערט אָן גמרא. הויפּטזעכליך האָט בלעקסטאָן'ס ווערק געהאַט דיזען כאַראַקטער. פֿילע שטעלען אין איהם האָבען אַ פֿילאָזאָפֿישען זין.

344סתם אַלס אַ בוך אַ לעזען וואָלט „בלעקסטאָן'ס" מיר געווען אינטערעסאַנט. אַלס אַ שטודיום אָבער איז דאָס מיר געווען פֿרעמד און לאַנגווייליג. איך פֿלעג זיך באַקלאָגען: וואָס דאַרף דאָס מיר אַרען, אַז מר. בראון און מר. סמיטה האָבען צווישען זיך אַ סכסוך איבער אַ חוב? וואָס געהט דאָס מיר אָן? און ווי אזוי קען דאָס מיך אינטערעסירען? די דריידלעך פֿון די פֿאַרשידענע קייסעס, וואָס זיינען געבראַכט געוואָרען אַלס ביי־שפּילען צו ערקלערען דעם אָדער יענעם יוריסטישען פּרינציפּ, האָבען מיך צייטענווייז יא פֿאַראינטערעסירט; קיין אמת'ע נייגונג צו אזא לימוד האָב איך ניט געהאַט. אָבער איך האָב געלערענט מיט אַ געצוואונגענעם חשק.

מיר האָבען דאַן געוואוינט אויפֿ'ן יארד פֿון נומער 9 אַט־טירני סטריט, אויפֿ'ן ערשטען פּלאָר פֿון אַן אַלטער פּריוואַט הויז, וואו מיר האָבען געהאַט דריי קליינינקע צימערלעך. דאָר־טען פֿלעג איך צופֿערטיגען די לעקטשור, און אויף מאָרגען אין דער פֿריה, פֿאָהרענדיג אויף דעם דריטע עוועניו עלעוויטעד, זי ווידער דורכבלעטערען (קאָלאָמביא קאָלעדזש איז דאַן געווען אַרום 47טער סטריט און מעדיסאָן עוועניו).

אין קאָלעדזש, ווען דער פּראָפֿעססאָר פֿלעגט מיך פֿרעגען, פֿלעג איך איהם ענטפֿערען — אימער ריכטיג. אויף דער מינוט פֿלעג איך פֿאַראינטערעסירט ווערען און זאָגאַר ענטפֿערען מיט וואַרימקייט. אויך פֿלעג איך אַנטייל נעהמען אין „מיוט קאָורטס" אין כלומר'שטע טרייעלס — אויך מיט אינטערעס. אָבער ביי זיך אין האַרצען פֿלעג איך אימער פֿיהלען, אַז איך טאַנץ אויף אַ פֿרעמדער חתונה.

5
אַן אָנאַנגענעהמע ערפֿאַהרונג. — עדוארד סירינג. — דזשאַדזש גאָלדפֿאָגעל. — אַ צווייטע אָנאַנגענעהמע ערפֿאַהרונג. — איך ווער אויס לאָיער.

ווען מען שטודירט לאָ אין קאָלעדזש, איז מען געוועהנליך צו דער זעלבער צייט פֿאַרבונדען מיט אַ לאָ־אָפֿיס, וואו מען 345לערענט די פּראָפֿעסיע אויף אַ פּראַקטישען שטייגער. מיין ערשטע ערפֿאַהרונג פֿון דיזען סאָרט איז געווען ניט קיין אַנגענעהמע. איך בין אַריינגעטראָטען אין אַ גרויסען לאָ־אָפֿיס, אָבער איך בין גלייך פֿון דאָרטען אַנטלאָפֿען.

צו דער דאָזיגער לאָ־פֿירמע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון אַמעריקאַנער קריסטען, האָט מיך רעקאָמענדירט מיינער אַ באַקאַנ־טער, אַן איסט־סיידער ביזנעסמאַן, אַ איד מיט'ן נאָמער אַראָנסאָן. די לאָיערס האָבען גראָד געזוכט אַ יונגען מאַן, וואָס קען רוסיש. אזא סטודענט האָבען זיי געדאַרפֿט האָבען צו אַ געוויסער קייס. אַראָנסאָן האָט זיי דערצעהלט וועגען מיר, און זיי האָבען איהם געבעטען מיך ברענגען. די פֿירמע איז געווען אַ וויכטיגע, און איך האָב גערעכענט, אַז פֿאַר מיר איז דאָס אַ גוטער טשאַנס.

דער הויפּט־לאָיער פֿון דער פֿירמע האָט מיך אויפֿגענומען פֿריינדליך און ער האָט מיר ערקלעהרט דאָס פֿאָלגענדע:

אין אַ געוויסער קייס זיינער איז פֿאַראַן אַ פּאַק מיט רוסישע און דייטשע בריף און פֿאַרשידענע דאָקומענטען; אלזאָ וויל ער זאָל דאָס אַלץ דורכלעזען, געבען איהם אַ באַריכט און נאָך־הער איבערזעצען די פּאַפֿירען, וועלכע ער וועט מיר אָנווייזען. וואָס דאָס איז פֿאַר אַ קייס האָט ער מיר צוערשט ניט געזאָגט.

מען האָט מיר אָפּגעגעבען אַ גרויסען דעסק אין אַ פֿיינעם ליכטיגער צימער, און איך האָב זיך גענומען צו דער אַרבייט. איך האָב געלעזען און געלעזען. אַלץ וואָס איך האָב געקענט דערגעהן איז, אַז דאָ האַנדעלט זיך עפּעס וועגען אַ באַנקראָט פֿון אַ רוסי־שען געשעפֿטס־מאַן מיט אַ אידישען נאָמען, וועלכער האָט, זייענ־דיג אין רוסלאַנד, געקויפֿט וואַרע ביי אַ שווייצאַרישער זייגער־פֿירמע.

די פּאַפֿירען האָבען ענטהאַלטען פֿאַרשידענע איינצעלהייטען מיט פֿאַרשידענע ציפֿער. פֿון יעדען בריף האָב איך פֿאַרצייכענט דעם עיקר.

איך האָב אָפּגעאַרבייט אַ גאַנצען טאָג (דאָנערשטאָג), און עס איז נאָך איבערגעבליבען אויף מאָרגען. פֿרייטאָג, ווען איך האָב געענדיגט מיין לעזען און נאָטירען די בריף מיט די פּאַפֿירען און פּאַפֿירלעך און האָב זיי אַלע געבראַכט אין אַ געוויסער 346אָרדנונג, האָב איך אָפּגעגעבען מיין באַריכט. דערביי האָט דער הויפּט־לאָיער געמאַכט פֿאַרשידענע באַמערקונגען. ביי איין פּונקט איז מיר די געשיכטע געוואָרען קשה. איך האָב איהם גע־שטעלט אַ פֿראַגע און אויף דעם האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז דער מאַן, געגען וועמען דער פּראָצעס געהט אָן, איז אַן אימי־גראַנט; אַז ער איז אָקאָרשט געקומען קיין אַמעריקא מיט אַ סך וואַרע; אַז ער, דער לאָיער, האָט ערהאַלטען אַ דעפּעשע וועגען איהם פֿון דער שווייץ, און אַלס רעזולטאַט, האָט ער געלאָזען מאַכען אַן אָביסק אין זיין וואוינונג און צוגענומען ביי איהם די גאַנצע וואַרע, וואָס ער האָט מיט זיך געבראַכט. די באַשול־דיגונג איז געווען, אַז ער איז מיט דער סחורה אַנטלאָפֿען קיין אַמעריקא, מיט'ן צוועק ניט צו באַצאָהלען פֿאַר איהר.

ווען איך האָב פֿאַרשטאַנען וואָס דאָ איז, בין איך אויפֿ־געשפּרונגען.

— הייסט דאָס, אַז איהר ווילט איך זאָל שפּילען די ראָלע פֿון אַ שפּיאָן פֿאַר אייך! — האָב איך אויסגערופֿען — אָט אויף דעם דאַרפֿט איהר מיך?

דער לאָיער איז נשתומם געוואָרען.

— מען האָט דאָך מיר געזאָגט, אַז איהר ווילט שטודירען לאָ, — האָט ער געענטפֿערט.

— יאָ, אָבער ניט צו זיין אַ דעטעקטיוו.

— דער מאַן איז אָבער אַ רויבער!

— איך בין אָבער ניט קיין דעטעקטיוו.

ער האָט מיך אַבסאָלוט ניט געקענט פֿאַרשטעהן. מען דאַרף באַמערקען, אַז דער וואָרט „שפּיאָן" האָט אין רוסלאַנד געהאַט אַ פֿיל ערגערע באַדייטונג ווי אין אַמעריקא. צו זיין אַ שפּיאָן אָדער סיסטשיק (דעטעקטיוו) איז אין רוסלאַנד געווען די שענד־ליכסטע זאַך, וואָס מען קען זיך פֿאָרשטעלען. אין אַמעריקא אָבער איז צו זיין אַ דעטעקטיוו אַ ביזנעס ווי אַלע ביזנעס. אין וואָוסטער, מאַססאַטשוסעטס, האָט די וויכטיגסטע צייטונג גע־הייסען „דהי וואָוסטער ספּאַי" (דער וואָוסטערער שפּיאָן). אַז אַ לאָיער זאָל זיך שעמען צו לאָזען ארעסטירען אַ מענשען, וועלכער 347אין באַשולדיגט אין פאַרנעמען פרעמדע װאַרע — דאָס איז יענעם לאיער פאַרגעקומען אונבאַגרײיפליך.

קורץ, איך בין אױעק מיט כעס, און מײן פריינד, מיסטער אַראָנסאָן, האָט מיר דערנאָך איבערגעגעבען, אַז יענער לאיער האָט זיך געװאוּנדערט װאָס פאַר אַ „קראַנק" איך בין.

מײן ערשטער געדאַנק איז געװען צוועקצואװארפען די גאַנצע לאָא־ביזנעס, אָבער דערנאָך האָב איך מײן באַשלום געענדערט. איך האָב זיך געטראַכט: מען דאַרף נאָר געפינען אַ לאיער, װאָס זאָל זײן אַ פרינציפיעלער מענש, און דאַן װעט ניט זײן קײן אורזאַך, פאַרװאָס איך זאָל אױפהערען צו שטודירען לאָא. איך האָב אַזא לאיער באַלד געפונען. דאָס איז געװען אן אַמעריקאַנער סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען עדואַרד סירינג, װעלכער פלעגט קומען אױף אונזערע מיטינגען אין דער סאָציאַליסטישער ביבליאָטעק. זײן לאָא־אָפיס איז געװען אין 25 טשײמבער סטריט.

דאָ האָב איך װידער געמאַכט אַ מיסטײק, אָבער פון אַ גאַנץ אַנדער סאָרט. פרינציפען האָט ער טאַקע געהאַט, אָבער קײן לאָא־ביזנעם ניט.

סירינג איז געװען אַ מאַן פון אַ יאָהר עטליכע־און־דרײיסיג. זײנע עלטערען זײנען געװען רײיכע און זײי האָבען איהם געגעבען אַ גוטע ערציהונג. ער האָט גענענדיגט קאָלעדזש און איז געװען גוט באַלעזען. ער האָט ליב געהאַט פאָעזיע און פון שעקספיר'ם װערק האָט ער געקענט פאָרלעזען אױסװײיניג צעהנדלינג פײדזשעם. ער איז אָבער ניט געװען קײן פראַקטישער מענש און קײן װאָזשנער לאיער אױך ניט.

אָפט פלעגט ער זיך צולאַכען מיט אַ קינדערשען געלעכטער, און אַז ער פלעגט פאַרלעזען אַן ערנסטע זאַך, פלעגט זײן געזיכט זײן שױן צו־ערנסט. אַמאָל, װען ער פלעגט באַגײיסטערט װערען, פלעגט זיך בײ איהם פאַרטשעפען דער צונג.

פון זײנע עלטערען האָט ער גע'ירש'ענט אַ היבש ביסעל ריעל־עסטײט, אָבער אַ גרױסע טײל פון דעם האָט ער שױן געהאַט פאַרקױפט אָדער פאַרמאָרטגײידזשט. דאָס איז געװען זײן אײנ־ציגער קװאַל פון חיונה. װען איך בין געװעןן פאַרבונדען מיט זײן 348אָפים, האָט ער נאָך געהאַט עטליכע „לאָטם" דאָרטען, װאו איצט איז דער קאָכעדיגער אידישער געגענד פון האַרלעם. די „לאָטם" זײנען געװען גרױסע פעלזען־שטיינער. הײנט װאָלטען זײי װערט געװען אַן אײגענס. דאַן אָבער איז דער גאַנצער געגענד געװען פוסט, און מען האָט פאַר זײי פאַרגעשלאַגען גאַנץ קלײנע סומען. שפעטער, װען ער האָט זײי פאַרקױפט, האָט מען זײי מיט דינאַ־מיט אױפגעריסען, און אױף זײיער פּלאַץ שטעהען שױן לאַנג גרױסע טענעמענט־הײזער.

ער האָט זײן אָפים געהאַט צוזאַמען מיט זײינעם אַ פריינד, אַ הױכען, בילד־שעהנעם אַמעריקאַנער פון אַ יאָהר זעכציג, מיט'ן נאָמען װהײט. מיסטער װהײט האָט יאָ געהאַט אַביסעל פראַק־טיסע — מײסטענס צװױשען קאַפיטאַנען און באַלעבאַטים פון קלײנע שיפלעך.

אַהין האָב איך געבראַכט אַ סעקאָנד־הענדיגען דעסק. און דאָרטען איז געװאָרען מײן אָפים. אױף דיזען דעסק פלעג איך שרײיבען מײנע לאָא־פאַפירען און מײנע אַרטיקלען, און לעזען מײנע לאָא־ביכער און סאָציאַליסטישע בראָשורען.

עס האָט זיך אַרױסגעצײיגט, אַז סירינג האָט אַבסאָלוט ניט קײן אײנציגען קליענט, און דער גאַנצער אָפים איז געװען אַזא צרה'דינגער, אַז עס איז אפילו ניט געװען קײן אָפים־בָאי. װעגען אַ טײפרײיטער מיט אַ טײפרײיטערקע איז שױן גאָרניט געװען װאָס צו ריידען.

צו מיר אָבער האָט מען גלײך אָנגעהױבען צו קומען — אידען, נאַטירליך. מען פלעגט קומען צו מיר — אַהיים אָדער אין מײן אָפים — מאַכען אַן אַגרימענט אָדער עפעס אַן אַנדער דאָקומענט; און ביסלעכװײיז האָט מען אױך גענומען קומען צו מיר מיט קײסעם. די קײסעם האָט פאַר מיר געפיהרט סירינג און מיר זײינען געװען פאַרטנערס.

כמעט גלײך װי איך האָב אָנגעהױבען צו געהן אין לאָא־סקול, האָב איך אָנגעהױבען צו פאַרדינען געלט פון לאָא, און מײן אײנקונפט איז שנעל געװאַקסען. איך האָב זיך שנעל איבער־צײיגט, אַז סירינג קען לאָא נאָר טעאָרעטיש, און אַז קײן פראַק־טישען שכל האָט ער איבערהױפט ניט; קורץ — אַז ער איז פאַר 349מיר קײן פאַרטנער ניט. איך בין אָבער געקומען צום שלום, אַז ביז איך װעל ענדיגען שטודירען און האָבען אַלײן דאָס רעכט צו פראַקטיצירען, װעט זײן בעסער צו פאַרבלײיבען מיט דיזען עהר־ליכען, אידעאַליסטישען מענשען, אײדער זיך צו פאַרבינדען מיט אַ געשײיטען ערפאַלגרײיכען לאיער, װעלכער האָט ניט קײן אַנדער גאָט װי דעם דאָלאַר. װאָס אַנבאַטרעפט די לאָא־ביזנעס, װאָס איך קריג אַרײן, האָב איך, ערשטענס, געהאָפט, אַז סירינג'ם שכן װעט אונז אַרױסהעלפען; און צװױיטענס, האָב איך זיך פאַרלאָזען אױף זיך אַלײן. איך װעל יעדע קײם אױסשטודירען, נאָכפרעגען, אַרבײיטען אונערמידליך און זעהן, אַז סירינג זאָל אַיהר פיהרען אין קאָרט װי געהעריג איז.

זעהר אָפט פלעגען מיר פאַרברענגען גאַנצע שטונדען, רײי־דענדיג װעגען סאָציאַליזם אָדער װעגען ליטעראַטור. איך האָב געקענט באַמערקען, אַז אונזער שכן, דער אַלטער אַמעריקאַנער, האַלט ניט קײן סך, ניט פון סירינג'ען און ניט פון מיר. אױף זײן אַלטען אַמעריקאַנער פנים איז געװען אױסגעגאָסען אַן אױס־דרוק, װעלכער האָט געזאָגט: מיט אַזעלכע טרױמערײען װעט איהר װײיט אין די לאָא־ביזנעם ניט אַװעקגעהן.

אַזױ איז אַװעק דער װינטער. עס איז שױן געװען 1889. מײנע מאַטעריעלע אומשטענדען האָבען זיך אַזױ װײיט פאַרבע־סערט, אַז מיר האָבען שױן געקענט אַפאָרדען אַ בעסערע קװאַר־טיר. מײן פרױ האָט געפונען פײנע רומס אין אַ שפּאַנגעל־נײיער הױז אױף דער הענרי סטריט — און אַהין האָבען מיר אַרײינגעמופט.

אָבער מר. װהײט'ם נבואה, אַז איך װעל אין די לאָא־ביזנעם װײיט ניט געהן, איז באַשערט געװען מקוים צו װערען.

דזשאָרדזש גאָלדפאַנגעל, װעלכער איז אין שפעטערע יאָהרען באַקאַנט געװאָרען צװױישען די אידישע מאַסען, הױפטזעכליך אַלם טאַמאַני־האָל'ם קאַנדידאַט געגען סאָציאַליסטישען קאָנגרעסמען מאיר לאָנדאָן, איז געװען די דירעקטע אורזאַכע פאַרװאָס איך האָב פלוצלונג אױפגעגעבען די פראָפעסיע. עס איז געװען אַזא געשיכטע:

דער באַלעבאָם פון אַן איסט־סײידער דזשועלרי־סטאָר האָט 350געהאַט אַ קאָנטראַקט מיט אַ װאָטש־מײיקער, װאָס האָט געאַרבײט אין זײן סטאָר און ער האָט דעם קאָנטראַקט געבראָכען. די קײם איז געװען אַ גאַנץ אײינפאַכע און אַ גאַנץ קלאָרע. עס האָט ניט געקענט זײין קײן צװױיפעל, אַז דער אַרבײיטער װעט געװינען. ער איז מיט זײן קלאָגע געקומען צו מיר, און סירינג איז אָפיציעל געװאָרען זײין לאיער.

דער טרײיעל איז פאַרגעקומען אין אַ קאָרט אױף קלינטאָן סטריט, װאו גאָלדפאַנגעל איז דאַן געװען דער דזשאָרדזש. מען האָט אױסגעהערט די עדות; און בײ די אַנדערע לאיערם, װאָס האָבען זיך דאַן געפונען דערבײי, איז קײן פראַגע ניט געװען, אַז מיר האָבען געװאואָנען. דאָס איז געװען אין אַ פרײיטאָג. אין אַ װאָך אַרום, דעם נעקסטען פרײיטאָג בײיטאָג, װען איך האָב זיך אומגעקעהרט אין אָפים פון סטריט, זאָגט צו מיר סירינג מיט אײינעם פון זײינע קינדערשע געלעכטערם:

— דאָ איז געװען אַ בָאי פון דעם אַנדערען צד. ער האָט גע־בעטען אַז מיר זאָלען צושטימען צו אַ ביטע אָפּצולײיגען דעם דזשאָדזש'ם באַשלום. ער האָט אָבער ניט געטראָפען דעם אָרט! ער האָט געמײינט ער װעט מיך אַרײינגאַרען אין זאַק אַרײן. איך האָב זיך אָבער ענטזאָגט צוצושטימען.

— אַ בָאי פון דעם אַנדערען צד איז געקומען בעטען אָפּ־לײיגען דעם באַשלום? — האָב איך איבערגעפרעגט מיט פאַר־װאונדערונג, — װי קען דאָס זײן? די קײם האָט מען דאָך שױן מסתמא גע'פסקנ'ט. דאָ מוז זײן עפעס אַן אַנדער זאַך.

סירינג'ם זינגרײיכע מינע איז פאַרשװאונדען. ער האָט גע־װאָלט זיך באַראַטען מיט זײן שכן, אָבער יענער איז דאַן ניט געװען אין אָפים.

— יאַ, עס קען זײן אַז איך האָב דאָ געמאַכט אַ מיסטײיק, — האָט סירינג געזאָגט װי אַן עהרליכער בָאיטשיק.

איך בין גלײיך אַװעקגעגאַנגען צום לאיער פון דעם אַנ־דערען צד און ער האָט מיר ערקלעהרט סירינג'ם טעות. ניט ער, דער לאיער, האָט געשיקט בעטען מען זאָל אָפלײינגען די קײם, נאָר גאָלדפאַנגעל, דער דזשאָדזש.

351לױט דעם געזעץ האָט אַ דזשאָדזש פון אַ דיסטריקט קאָורט געהאַט אַ רעכט אָפּצולײיגען זײן ענטשײידונג װעגען אַ קײם ניט מעהר װי אײן װאָך. װען עס געהט אַריבער אַ װאָך, פאַרלירט ער שױן זײן רעכט אַלם ריכטער אין דער קײם. װען אָבער בײידע צדדים זײינען צופרידען אַז ער זאָל אָפּלײיגען אױף נאָך אַ װאָך, מעג ער דאָס טאָן. אַזױ פלעגט פאָרסומען גאַנץ אָפט. גאָלדפאַנגעל, אַלזאָ, האָט געשיקט זײן בָאי צו בײידע לאַ־יערם בעטען אַן ערלױבניש אָפּצולײיגען די קײם אױף אַ װאָך, װײיל ער האָט קײן צײיט ניט געהאַט איבערצוקוקען די פאַפירען.

עס פאַרשטעהט זיך, אַז אין אַזא פאַל װאָלט אַ לאיער מיט פאַר־געניגען ערפילט דעם דזשאָדזש'ם ביטע. אײינרײיסען מיט איהם װינט זיך איהם, נאַטירליך, ניט. אפילו אַ צװױיטען לאיער טוט מען געװעהנליך אױך אַזא טובה. סירינג אָבער האָט פון שעקס־פּיר'ן געװאואָסט אַ סך מעהר װי פון לאָא, און װעגען דער פראַק־טיק פון אַ דיסטריקט קאָורט האָט ער אַבסאָלוט קײן באַגריף ניט געהאַט. אַלזאָ, איז בײי איהם אױסגעקומען, אַז דער בָאי איז געקומען פון דעם געגענזײיטיגען לאיער איהם אָפּטאָן אַ עפּעס אַ שפּיצעל.

גאָלדפאַנגעל'ם אָפים איז געװען אױף בראָדװױי, אַ פאָר בלאָק פון אונזער אָפים. בין איך אַרױפגעגאַנגען צו איהם, ער־קלעהרען דעם מיסטײיק. גאָלדפאַנגעל איז דאַן געװען צימליך יונג און שלאַנק, מיט שװאָרצע האָר, מיט אַ װײיסען, לענגליכען פנים. ער האָט מיר אױפגענומען שטאָלץ און קאַלט, און װען איך האָב אָנגעהױבען ערקלערען דעם מיסטײיק, האָט ער מיר איבערגעשלאָגען די רײיד.

— די ענטשײידונג איז שױן אױעקגעשיקט אין קאָורט, — האָט ער געזאָגט מאַיעסטעטיש.

פון זײן טאָן האָב איך פאַרשטאַנען אַז ער האָט גע'פסקנ'ט די קײם געגען אונזער קליענט.

אױב ער האָט דאָס געטאָן, האָב איך זיך געקלערט, הײיסט דאָס אײינפאַך אַז ער האָט גענומען נקמה פון אונז. ער האָט דאָך די פאַפירען נאָך ניט איבערגעקוקט.

מײן נבואה איז מקוים געװאָרען. מאָנטאָג אין דער פריה 352האָט זיך אַרױסגעצײיגט, אַז ער האָט װירקליך גע'פסקנ'ט די קײם געגען אונז — נאָר דערפאַר װײיל מען האָט ניט באַװיליגט זײן ביטע.

די געשיכטע האָט אױף מיר געמאַכט אַ שמערצליכען אײינ־דרוק. אָט דאָס הײיסט גערעכטיגקײט? — האָב איך געשריען. — אָט פון אַזעלכע ריכטער װעל איך דאַרפען זײן אָפהענגיג? איך האָב זיך ניט געקענט באַרוהיגען. אױב איך האָב פריהער אין דער לאָא פראָפעסיע געהאַט װעניג אינטערעס, איז זי איצט מיר געװאָרען אַבסאָלוט אונערטרעגליך. איך האָב גע־פיהלט, אַז איך קען קײן לאיער ניט זײן. דער סימפּאַטישער אַלטער מיסטער װהײט האָט מיר גערֿאַטען צוליב גאָלדפאַנגעל'ם האַנדלונג די באַשעפטיגונג ניט אױפצוגעבען.

„דאָס לעבען ענטהאַלט גרעסערע אונגערעכטיגקײיטען װי דאָס, — האָט ער מיט מיר גע'טענה'ט, — מען מוז אױף אַזעלכע זאַכען קוקען פילאָזאָפיש. אײיהר האָט אַ גוטע צוקונפט פאַר זיך. װאַרפט אײיהר ניט אַװעק צוליב אַזא קלײיניגקײיט. אײיהר װעט חרטה האָבען".

אָבער איך האָב זיך באַשלאָסען צו פאַרלאָזען די לאָא־ביז־נעס, און מײן פרױ, װעלכע איז פון דער גאָלדפאַנגעל געשיכטע געװען אַזױ אױפגעבראַכט װי איך, האָט מיר צוגעגעבען מוטה.

די זעלבע װאָך האָב איך געמופט מײין סעקאָנד־הענדיגען דעסק פון סירינג'ם אָפים צו מיר אַהיים און — אױם לאיער!

װען סירינג װאָלט געװען אַן אַנדער טיפ, מיט מעהר פראַק־טישען פאַרשטאַנד און מיט מעהר פראַקטיק און געניטקײט אין דער לאָא ביזנעם, װאָלט צו דיזער ערפאַהרונג מײינער מיט גאָלדפאַנגעל'ן ניט געקומען. ער װאָלט פאַרשטאַנען נאָך װאָס מען האָט געשיקט צו איהם דעם בָאי, און אַלץ װאָלט זיך געהאַט גע־ענדיגט אַנדערש. איך גלױב אָבער אַז אפילו דאַן װאָלט איך אױך קײן לאיער ניט געבליבען. לאָא אַלם אַ שטודיום האָט מיר ניט געצױיגען צו זיך, און די ביזנעס־דרײידלאך און „פּאָלי־טיקס", מיט װעלכע די פראָפעסיע איז פאַרבונדען, זײינען מיר ניט געװען צום האַרצען.

353אײיניגע פון די בעסטע מענשען פון אַמעריקא זײינען לאַ־יערם; איך מײן ניט דוקא די לאיערם װעלכע נעמען אַנטײיל אין אונזער סאָציאַליסטישער באַװעגונג. עס זײינען פאַראַן אַנ־דערע פײנע לאיערם אױך. און אינטריגעם מיט „פּאָליטיקס" איז הײנט פאַראַן אין יעדער באַשעפטיגונג. דאָ איז הױפטזעך־ליך געװען אַ פראַגע פון טעמפּעראַמענט. מײן טעמפּעראַמענט איז אַבסאָלוט ניט צוגעפּאַסט צו דיזער פּראָפעסיע. דער בעס־טער באַװױיז אױף דעם איז דער פאַקט אַז עטליכע יאָהר שפע־טער האָב איך װידער פּראָבירט שטודירען לאָא און דאָס װידער אױעקגעװאָרפען אין מיטען.

װען איך װאָלט געהאַט חשק צו דער פּראָפעסיע, װאָלט די גאָלדפאַנגעל געשיכטע אױף מײן לאַיער־קאַריערע אַזא װיר־קונג ניט געקענט האָבען.

6
זאַרגלאָזע פױגעל. — ספּענסער'ם װערק.

354אונזער ענגע מאַטעריעלע לאַגע האָט אונז געקימערט נאָר דאַן, װען עס איז ניט געװען אױף רענט אָדער פּשוט אױף שפּײיז. װען די שאַרפערע פאַרמע פון נױט פלעגט איבערגעהן, פלעגען מיר אָן איהר פאַרגעסען. עס זײינען געװען קװאַלען פון גײיסטיגען אינטערעם, װעלכע האָבען אין דעם עקאָנאָמישען אָרי־מען לעבען אַרײינגעבראַכט רײיכע זונען־שטראַהלען. אַ נײיער בוך, אַ מיטינג, אַ באַגעגעניש, איז געװען װיכטיגער, אַ סך װיכ־טיגער, װי די פאַרדינסטען. װען דעם נעקסטען זונטאָג אָװענד האָט מען ערװאַרט אַן אינטערעסאַנטע פאָרזאַמלונג אין דער סאָ־ציאַליסטישער ביבליאָטעקס אָדער אין דעם ליטעראַרישען קלוב, אָדער אַ נײיעם סאָרט מאַסען־פאַרזאַמלונג אױף דער איסט־סײיד; און װען עס איז אָנגעקומען אַ נײיער ביכעל פון דער אונטער־ערדישער רוסלאַנד, אָדער איך האָב געהאַט אַן אַנגענעהמע ערפאַהרונג אין דער רעדאַקציע פון דער „סאַן" אָדער די „סטאַר", אָדער װען די סאָציאַליסטישע אַרבײיטער פּאַרטיי האָט אָפּגעקױפט אַן ענגלישע װאָכען־בלאַט און איהר געמאַכט פאַר איהר פּאַרטיי־ 355אָרגאַן, — דאַן איז די אױפמערקזאַמקײיט געװען פאַרנומען. די יונגע בלוט האָט געשטראָמט, דער מוח האָט געאַרבײט, און אױפ'ן האַרצען איז געװען לעבעדיג. װעמען איז דאָס געלעגען אין זינען צי נעקסטע װאָך װעט זײן װאָס צו עסען צי ניט?

אין דער צײיט װען איך האָב פאַרלאָזען די לאָא־סקול און סירינג'ם לאָא אָפים, האָב איך געפונען אַ ספּעציעלען אינטע־רעם אין ספּענסער'ם װערק. פריהער האָב איך נאָר איבער־געלעזען זײן „סָאשעל סטאַטיקס", װעלכע איז װיכטיג געװען צו מײינע דעבאַטען מיט זיך אַלײין אָדער מיט אַנדערע װעגען דעם אַנאַרכיזם. איצט האָב איך זיך פאַרטיפט אין אַנדערע װערק ספּענסער'ם. איך האָב איהם גענומען לעזען, ריכטיגער געזאָגט, לערנען, אַזױ װי איך װאָלט דאַרפען אָפהאַלטען עק־זאַמען אױף דעם.

דאָס איז אײיגענטליך אױך געװען אַ רעזולטאַט פון מײנע דעבאַטען װעגען דעם אַנאַרכיזם.

אין באָסטאָן איז דאַן צװױי מאָל אַ מאָנאַט אַרױסגעגאַנגען אַ קלײינע בלעטעל מיט'ן נאָמען „ליבערטי", װעלכע האָט גע־פּרעדיגט אַ „פילאָזאָפישען אַנאַרכיזם" מיט אַ בײיסענדער קרי־טיק אי אױף אונזער סאָציאַליזם, אי אױף דעם אַנאַרכיזם פון יאָהאַן מאָסט. איהר רעדאַקטאָר איז געװען אַן אינטערעסאַנ־טער אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען בענדזשאַמין פּ. טאָקער. אַביסעל מעהר װעלען מיר װעגען דיזער צײיטשריפט ריידען װען מיר װע־לען האַלטען בײ מײן ערשטען װיזיט אין באָסטאָן. דאָ דערמאָן איך „ליבערטי" נאָר װײיל זי איז געװען די הױפט אורזאַך פון מײן אינטערעם אין די װערק פון הערבערט ספּענסער. אָנהענגער פון „ליבערטי" האָבען זיך געהאַלטען פאַר ספּענסעריאַנער. אײי־גענטליך איז זײיער „ביבעל" געװען ספּענסער'ם „סָאשעל סטאַ־טיקס"; זײי זײינען אָבער באַגײיסטערט געװען פאַר זײן גאַנצער פילאָזאָפישער סיסטעם — פאַר אַלץ װאָס ער האָט געשריבען. און געשריבען האָט ער אַ גרױסע צאָהל גרױסע װערק און אַ סך קלענערע.

איך בין געװען פעסט איבערצײיגט, אַז װאָס אַנבאַטרעפט זײן קריטיק אױף דעם סאָציאַליזם, האָבען זײינע אַרגומענטען 356סטענד אױף קאַנעל סטריט, לעבען עלען, גענומען זײן ביזנעס־קאַרד. אױף דיזער קאָרד האָב איך באַקומען ביכער אױפ'ן האַל־בען פּרײיז. מײן פריינד'ם פאַמיליען־נאָמען איז געװען פריד־מאַן, און אין דער דערמאָנטער בוך־פירמע פלעג איך קומען אַזױ אָפט, אַז איך בין דאָרטען באַקאַנט געװאָרען. „העלאָוֹ, מיס־טער פרידמאַן!" — פלעגען די קלוירקם מיך באַגריסען.

אײינמאָל, װען איך בין געזעסען אין אַ קאַר מיט מײינעם אַ באַקאַנטען, איז גראָד אַרײינגעקומען אײינער פון דיזע קלוירקם.

„העלאָוֹ, מיסטער פרידמאַן!" — זאָגט ער צו מיר.

מײן באַגלײיטער איז איבעראַראַשט געװאָרען. צי ער האָט מיר חושד געװען, אַז איך פיהר אַ דאָפּעלטען לעבען, װײיס איך ניט. יעדענפאַלם האָב איך איהם גלײיך ערקלעהרט װאָס דאָ איז.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 325] עס איז געווען אַ צעטעל פון פיר הונדערט ניו יאָרקער פאַמיליען, וועלכע האָבען זיך גערעכענט פאַר דער אַריסטאָקראַטיע. די ווערטער „פיר הונדערט" האָט מען דעריבער גענומען געברויכען ווי דעם וואָרט „אַריסטאָקראַטיע".

[ז׳ 340] ראָוטש הייסט אַ „פּרייסעל" (אַ מין אינזעקט).

[ז׳ 342] ער איז געשטאָרבען אין 1923. די לעצטע עטליכע יאָהר פֿון זיין לעבען איז ער געווען אינגאַנצען בלינד.