בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
מײַנע ערשטע אַכט יאָהר אין אַמעריקא

צוועלפטער קאַפּיטל

אין'ם אידישען קװוארטאַל

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 357–415 (גאַנצער צוועלפטער קאַפּיטל), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 357 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע, ענגלישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
ענגלישע קלאַסען אין „ישיבת עץ חיים". — די גבאים, די מלמדים, די קינדער. — פאר וואָס איך האָב פארלאָרען דעם דזשאָב.

357אין די יאָהרען 1887-1888 בין איך יעדען טאָג געווען באַשעפטיגט צוויי שטונדען אין אַ זאָנדערבאַרער סאָרט סקול. די סקול איז געווען פארבונדען מיט דער ישיבה „עץ חיים", וועלכע האָט זיך דאַן געפונען אויף איסט בראָדוויי, צווישען מאַרקסעט סטרים און פּאַיק.

אָרטאָדאָקסישע אידען פון דעם אַלטמאָדישען היימישען טיפ האָבען געוואָלט אז זייערע קינדער זאָלען אין אמעריקא ערצויגען ווערען אזוי ווי זיי און זייערע פאָטערס זיינען ערצויגען געוואָרען אין דער היים. אנשטאָט צו געהן אין פּאָבליק סקול, וואו מען זיצט אָהן היטלען, מען לערענט ניט־אידישע למודים און מען רעדט ניט אויף אידיש, זאָלען זייערע באַ'ים פארברענגען די טעג ביי דער גמרא, ווי די היימישע ישיבה בחורים. צו דיזען צוועק איז געגרינדעט געוואָרען די ישיבה „עץ חיים". מען מוז דאָך אָבער קענען אַביסעל פון די וועלטליכע למודים אויך, צי דער פרומער טאַטע וויל צי ניט; אמעריקא איז פאָרט ניט פּוילען אָדער ליטא פון פאַר זיבעציג יאָהרען. האָבען די גבאים פון דער ישיבה, ניט־וויילענדיג, געדונגען אַ פּאָר טיטשערס די באַ'ים צו לערנען אַביסעל פון די „גויאישע" למודים.

358אויף צוויי שטונדען יעדען טאָג — אויסער שבת — פון צוויי ביז פיר, פלעגען די צוויי ישיבה־צימערען פארוואַנדעלט ווערען אין קלאַס־רומס. פאַר דעם נידעריגערען קלאַס האָבען זיי דאַן געהאַט אַ באַ'טשיק פון אַ יאָהר פערצעהן, וועלכער האָט אָקאָרשט געענדיגט פּאָבליק סקול, און איך האָב באַקומען דעם דזשאָב אַלס לעהרער פון דעם העכערען קלאַס. איך האָב באַ'דארפט לערנען מיט די באַ'ים גרעמער, די צווייטע טייל פון אַריפמעטיק, לעזען און ספּעלען. קיין קלאָהרען באַגריף וואָס מען דארף מיט די קינדער לערנען האָבען די גבאים ניט געהאַט, וואָרים זיי אַליין האָבען אזעלכע גייסטיגע מאכלים קיין מאָל ניט פארזוכט.

די גאַנצע „סקול" איז געווען מעהר פון יוצא וועגען ווי מיט אַן אמת'ן צוועק די קינדער צו געבען היינטיגע בילדונג. די מיטגלידער פון דער סאָסייעטי וואָס האָט אויפגעהאַלטען די ישיבה, זיינען מייסטענס געווען קאַסטאַמער־פּעדלער, אָדער געוועהנליכע פּעדלער, און דאָס רוב פון זיי זיינען געווען אָרימע לייט. די ראָש־ישיבה'ם אָדער מלמדים זיינען געווען אָפהענגיג פון גבאים, וועלכע האָבען אַליין פארדינט זעהר ווייניג. די וויידזשעס פון אַ ראָש־ישיבה זיינען געווען פון אכט ביז צוועלף דאָלאַר אַ וואָך; און אַ פּאָר פון די, וואָס האָבען זיי די געלד געצאָהלט, האָבען אַליין פארדינט ווייניגער. פלעגען די מלמדים זיך פאַר מיר באַקלאָגען אז די גבאים פארגינען זיי ניט די עטליכע דאָלאַר און אָפט פארציהען זיי דעם געהאַלט אויף עטליכע טעג; אָדער זיי גיבען זיי די סומע ביסלעכווייז. מיט מיר פלעגען זיי אזעלכע זאַכען זיך ניט ערלויבען צו טאָן.

עס איז אָבער מעגליך, אז זיי וואָלטען די מלמדים אויך געצאָהלט פינקטליכער, ווען עס וואָלט געווען. די אינסטיטושאָן איז געווען אין אַ זעהר אָרימען צושטאַנד. שפּעטער איז זי געוואָרען גרעסער און רייכער און דאַן איז אַלץ געגאַנגען אויף אַ פעסטערען און ברייטערען שטייגער. אין מיין צייט אָבער האָט די ישיבה זיך קוים געהאַלטען.

אַ פּאָר פון די גבאים זיינען געווען פאַרמעגליכע; זיינען זיי אָבער געווען פארנומען מיט זייערע אייגענע ביזנעס און די 359הויפט דעה האָבען זיי איבערגעלאָזען אַ פּאָר אָרימע לייט, וועלכע האָבען ניט געהאַט ניט די קרעפטען, ניט דעם פארשטאַנד ווי אזוי אַלץ צו אָרגאַניזירען.

איך האָב געפונען אַ שטיינענדע לאַגע. עס האָט זיך פּראָסט ניט געגלויבט. קינדער פון צוועלף אָדער זאָגאַר פערצעהן יאָהר האָבען ניט געקענט לעזען ענגליש ווי עס באַ'דארף צו זיין; אין אַריפמעטיק זיינען זיי געווען זעהר שוואַך און אין גרעמער נאָך שוואַכער. איך האָב אויף זיי רחמנות געהאַט און פלעג מיט זיי פארברענגען מעהר צייט ווי עס האָט זיי געקומט לויט דעם אָפּמאַך. די קינדער האָבען דאָס אָפּגעשאַצט. זיי האָבען זיך פאַרהאַלטען צו מיר מיט אַ וואָרימע ליבע, וועלכע האָט נאָך מעהר פאַרגרעסערט מיין איבערגעבענהייט צו זיי. די מאיא־ריטעט פון זיי איז באַשטאַנען פון פעהיגע באַ'ים און זיי האָבען זיך צוגעכאַפט צו מיינע לעסאָנס ווי אַ דורשטיגער צו אַ קוואַל פרישע וואַסער.

די אָרטאָדאָקסישע גבאים פלעגען מיט מיר טענה'ן, פאַר וואָס איך „לייג אוועק די כחות" אויף די לעסאָנס.

„זיי קענען שוין אזוי אויך גענוג ענגליש", — פלעגט איינער צו מיר זאָגען.

ער איז אָבער געווען אזא נאַאיווער און עהרליכער מענש, אז ביין זיין אויף איהם האָט מען ניט געקענט.

שוהל־ביכער איז געווען זעהר ווייניג: צוויי אָדער זאָגאַר דריי באַ'ים פלעגען מוזען לעזען פון איין „רידער". און אַנדערע ביכער האָבען אין גאַנצען געפעהלט. איך האָב געפאָדערט פון די גבאים אז זיי זאָלען ספּענדען ביי פופציג דאָלאַר אויף סקול ביכער. פלעגען זיי מיר אָפּ'ענטפערען מיט אַ שמייכעל, און ביי דעם פלעגט דאָס בלייבען.

„וואָס ברענט עס אזוי?" — פלעג איך אמאָל הערען פון איינעם פון זיי.

און איינער פון די מלמדים פלעגט איהם צוהעלפען — פּשוט ווייל ער האָט מורא געהאַט טאָמער גיט מען זיינע ווייד־זשעם אוועק אויף ביכלעך.

מייסטע פון די באַ'ים זיינען געווען קינדער פון אָרימע על־ 360טערען. עס זיינען אָבער געווען אַ פּאָר אויסנאהמען. דער רייכסטער שילער איז געווען אַ שעהנער באַ'טשיק מיט רויטליכע האָר, דער זוהן פון אַ ברוקלינער פּאָאַן־שאַפּ קיפּער — אַ פּוילישער איד, זעהר אַ פרומער און אַ שטילער. דיזער באַ'י איז געבאָרען געוואָרען אין אמעריקא און האָט גערעדט ענגליש גאַנץ גוט. אָבער אין פּאָבליק סקול איז ער ניט געגאַנגען. ווען איך בין אָנגעקו־מען אהין, איז ער שוין געווען בר־מצוה. דאָך איז אַ פאַקט, אז די ערשטע אמת'ע סקול־לעסאָנס, וואָס ער האָט ווען עס איז באַקומען, האָט ער באַקומען פון מיר.

איינער פון די רייכערע גבאים, אַ איד מיט זעהר שוואַרצע האָר און זעהר שוואַרצע אויגען, האָט זיך פאַראינטערעסירט אין מיין ארבייט. מיר זיינען אזוי ווייט באַפריינדעט געוואָרען, אז איך פלעג מיט איהם ריידען וועגען סאָציאליזם און ער האָט מיר געגעבען אַ תקיעת כף, אז ער וועט שטימען פאַר אונזערע קאַנ־דידאַטען. דער סאָציאליזם איז איהם ניט געלעגען אין זיין לינקער פּאה. ער האָט מיר דעם צוזאָג געגעבען פּשוט אויס פריינד־שאפט צו מיר.

איינער פון די מלמדים איז געווען אַ שטילער, אָרענטליכער מענש, פון די אויף וועלכע מען זאָגט אז זיי רירען ניט אָן קיין פּליג אויפ'ן וואַנט. די באַ'ים האָבען איהם געליבט. אַ צווייטער, דער עכסטער ראָש־ישיבה, איז געווען אַ איד אַ שטאַמלער, וואָס פלעגט זיך שטענדיג באַריהמען און אויספיינען. ער קומט, צום ביישפּיל, אַריין בשעת איך גיב די שילער אַן אריפמעטישע פּראָבלעם („זאַדאַטשע"). זיי הערען זיך צו און נעמען זיך צו דער ארבייט. דער ראָש־ישיבה קוקט צו און טוט אַ מאַך מיט'ן האַנט, אזוי ווי עס וואָלט פאַר איהם געווען אַ קלייניגקייט. ער האָט מיך עראַינערט אָן דעם סטאַר־קיפּער, וואָס האָט מיר געגעבען אַ ביל פּאַר דעם צובראָכענעם ספּרינג און וועלכער פלעגט זיך מיט באַריהמעריי אַריינמישען אין מיינע לעסאָנס. איך האָב גע־וואוסט, אז דער איד האָט קיין מאָל קיין אריפמעטיק ניט גע־לערענט, און די קינדער האָבען דאָס אויך געוואוסט. אַ פּאָר מאָל האָב איך אין אזא פאַל צו איהם געזאָגט:

361„אדרבא, זעצט זיך אַנידער און פּרוּפט איהר מאַכען דעם פּראָבלעם".

ער פלעגט אָפּ'ענטפערען אויף זיין שטאַמלערישען שטיי־גער, אז אין דער גמרא וואָלגערען זיך אזעלכע שכל'ען און ער פלעגט אַרויסגעהן מיט אַ כלומר'שט'דיגען שטאָלץ. די באַ'ים פלעגען זיך צולאַכען. אין אַ פּאָר טעג אַרום פלעגט ער ווידער אַריינקומען און ווידער מאַכען אַן אָנשטעל אז די חשבונות זיי־נען ביי איהם אַ קלייניגקייט. אין גמרא איז ער געווען אַ למדן און האָט געהאַט אַ גוטע קאָפּ. די קינדער האָבען איהם אָבער ניט ליב געהאַט.

די צוויי שטונדען זיינען געווען אינמיטען טאָג, ווען עס איז מיר געווען שווער צו קריגען אַנדערע לעסאָנס. און דער דזשאָב האָט מיר פאַרשאַפט ניט נאָר רעגעלמעסיגע עטליכע דאָלאַר אַ וואָך, נאָר פאַרגעניגען אויך. די באַ'ים האָבען מיינע לעסאָנס געלערענט מיט חשק. אלזאָ בין איך צוגעבונדען געוואָרען צו זיי און זיי געלערענט אזוי ווי זיי וואָלטען געווען מיינע אייגענע קינדער.

איך האָב די גבאים אזוי לאַנג „געעגבערט", אז זיי זאָלען קויפען די נויטיגע לעהר־ביכער, ביז איך האָב אויסגעפיהרט, טיילווייז ווייניגסטענס.

מען האָט עלעקטער אַ נייעם פּרעזידענט, אַ מאַנופאַקטשורער פון קעפּס מיט'ן נאָמען יהושע ראָטהשטיין, און איך האָב איהם גענומען באַווייזען ווי נויטיג עס איז צו קויפען אַלע ענגלישע ביכער וואָס מען האָט געדארפט — רידערס, אריפמעטיקס, היס־טאָריעס. ער איז ניט געווען קיין נאַר און איז איבערהויפט גע־ווען אַ וועלטליכערער מענש ווי די אַנדערע גבאים.

— איהר האָט רעכט, מר. קאהאן, — האָט ער צו מיר גע־זאָגט, — מיר דאַרפען אייך אַלע דאַנקען פאַר אייער טרייהיים און גינציגקייט צו אונזערע באַ'ים.

ער האָט צוגעזאָגט מיר צו געבען וויפיל געלד מען וועט נאָר דארפען אויף צו קויפען די ביכער. איך האָב אויסגע־שטעלט אַ צעטעל פון אַלץ וואָס מען דארף האָבען און בין צרי־ 362בערגעגאַנגען צו אַ פירמע פון סקול־ביכער, אויף דער אויבענדער־מאַנטער באַ'נד סטריט, וועלכע האָט גערדוקט מעקגאָפי'ם רידערס, און ביי זיי גענומען אַ חשבון, וויפיל דאָס דארף קאָסטען. מיט דעם בין איך אַוועקגעגאַנגען צו דעם נייעם פּרעזידענט אין אָפים. ער האָט מיך אויפגענומען זעהר שעהן, אָבער שוין צו־שעהן. איך האָב געפיהלט אז עס איז עפּעס ניט גלאַט. ביס־לעכווייז האָט ער מיר ערקלערט דאָס פאָלגענדע:

אין דעם אָרטאָדאָקסישען וואָכענבלאַט „די גאַזעטען" איז געווען אָפּגעדרוקט אַן אַטאַקע אויף מיר. מען האָט מיך דאַרטען פאַרגעשטעלט אַלס אַ מענשען, וואָס פאַרשפּרייט אפיקורסישע גע־דאַנקען און סאָציאליזם, און ווער זאָל דורך זיין שריפט פאָר־פיר־לעגע געלט וואָס מען זאַמעלט ביי גאָטספאָרכטיגע אידען. איך האָב דעם אַרטיקעל פריהער ניט געזעהן. איצט האָט מר. ראָטהשטיין מיר איהם געוויזען.

מיר איז אַלץ געוואָרען קלאָהר. אין „די גאַזעטען" איז דאַן פאָרגעקומען אַ סטרייק פון די שריפט־זעצער און אויף איינעם פון די סטרייקערס מיטינגען האָב איך געהאַלטען אַ רעדע. אלזאָ, האָט דער בעל־הבית פון דער צייטונג, כתריאל סאַראַזאָהן, זיך אָן מיר נוקם געווען.

— גוד־ביי! — האָב איך געזאָגט צו ראָטהשטיין'ען, אויפ־שפּרינגענדיג פון מיין טשער — מעהר וויל איך מיט אייערע לייט קיין עסק ניט האָבען. פאַר „די גאַזעטען" לוינט זיך בעסער אז מען זאָל די קינדער ניט לערנען קיין ענגליש און אז איהרע שריפטזע־צער זאָלען שטאַרבען פון הונגער.

איך האָב זיך אַ לאָז געטאָן צו די טרעפּ. מר. ראָטהשטיין איז נאָך מיר נאָכגעלאָפען, מיך גערופען זיך דורכצורייד'ן מיט איהם. איך האָב זיך אָבער ניט אומגעקערט.

2
דער בליזאַרד.

יעדעס מאָל ווען איך דערמאָן זיך וועגען דער סקול פון ישיבת עץ חיים, דערמאָן איך זיך אויך אָן דעם באַריהמטען בליזאַרד, 363וועלכער האָט געבושעוועט פון דעם 11טען ביז דעם 14טען מערץ, 1888. אַ שרעקליכע זאַווערוכע, אַ ווילדער שטורם־ווינט אָנגע־לאָדען מיט שניי און האָגעל און באַ'לייט מיט אַ שטאַרקען פראָסט, האָט אַטאַקירט ניו יאָרק און די אַרומיגע געגענדען. געהן איז גע־ווען אונמעגליך. מענשען זיינען האַלב פאַרגליווערט געוואָרען פון קעלט און דער אייזיגער שטורם האָט זיי געשמיסען אזוי ווי מיט טויזענטער ריטער פון פייער. אייניגע זיינען געפאַלען, און דאַן פאַרשאָטען געוואָרען מיט שניי און פאַרפראָרען געוואָרען.

אזא שניי־שטורם האָט ניט געדענקסט דער עלטסטער איינ־וואוינער פון ניו יאָרק, און אזעלכעם האָט ניט פּאַסירט זינט דאַן. אַ ביזע נאַטור־קראַפט האָט זיך פאַנאַנדערגעשפּילט. זי האָט גע־בראַכט אַן אומבאַשרייבליכען חורבן און אַרויפגעוואָרפען אַן אימה אויף יעדער לעבעדיגער באַשעפעניש. פערד זיינען געווען הילפ־לאָז. פילע פון זיי זיינען געפאַלען. קאַרס האָבען ניט געקענט געהן.

סענאַטאָר קאָנקלינג, איינער פון די מעכטיגסטע פיהרערס פון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי פון די פאַראייניגטע שטאַאַטען, איז געצוואואונגען געוואָרען צו געהן פון זיין אָפיס אַ היים צו־פוס, און אין מיטען וועג איז ער געפאַלען אַ פאַרגליווערטער. אזוי איז ער געלעגען ביז מען האָט איהם אַרויסגעשלעפּט אַ האַלב־טויטען פון שניי און אין אַ פּאָר טעג אַרום איז ער געשטאָרבען. אזעלכע קרבנות איז געווען אַ היבשע צאָהל.

די טעלעגראַף־דראָטען זיינען אין פילע פּלעצער געווען איבער־געריסען. צום גליק זיינען די קייבעלס אין ים ניט געווען געשע־דיגט. האָט מען זיך אזא עצה געגעבען: ווען מען האָט געוואָלט טעלעגראַפירען פון ניו יאָרק קיין באָסטאָן, האָט מען דאָס געטאָן דורך לאָנדאָן, ענגלאַנד.

אין מיינע ערינערונגען איז דער בליזאַרד פאַרבונדען מיט דער ישיבה, ווייל איך האָב זיין שרעקליכע קראַפט דערפיהלט אין אַ געוויסען נאָכמיטאָג, בשעת איך בין געגאַנגען פון דער ישיבה אַ היים. ער האָט זיך צולאָזען, ווען איך בין אָפּגעגאַנגען ביי אַ פּאָר בלאָק. מיין וואוינונג איז דאַן געווען אויף עלדרידזש סטריט, צווי־שען ברום און דעלענסי. איך האָב דערג־ייכט גרענד סטריט.

364ווען איך האָב געוואָלט אריבערגעהן די סטריט, האָב איך דערפיהלט אזוי ווי אַ צעהנדליג בייטשען וואָלטען מיר מיט אַ ווילדען אימפּעט געשמיסען אין פּנים און איבער'ן גאַנצען קערפּער. אַ שוואַכקייט האָט מיר אָנגענומען, אַ געפיהל פון הילפלאָזיגקייט און פאַרצוווייפ־לונג. איך האָב געמיינט אז אָט־אָט זינק איך אַרונטער צו דער ערד; און דאָס וואָלט געהייסען טויט. רופען נאָך הילף וואָלט געווען נוצלאָז, וואָרים יעדער איז געווען פאַרנומען מיט זיין אייי־גענער רעטונג. דורך אַ נעבעלדיגער, קוואַליעדיגער מישעניגע האָב איך, ווי דורך אַ לייוונט, געזעהן ווי פיגורען ראָנגלען זיך מיט דער פראָסטיגער זאַווערוכע, ווי זיי דרעהען זיך און טוליען זיך אין אַ פאַרצוווייפעלטען קאַמף מיט דער גרויזאַמער מאַכט.

אזא סאָרט בילד פלעג איך זיך פאָרשטעלען ביי דעם געדאַנק וועגען די לעצטע מינוטען פון דער אומגליקליכער פּאָמפּעי, בשעת אויף די איינוואואינער האָט אָנגעהויבען צו שטראָמען מיט פאַר־לעגדונג און זיי זיינען געלאָפען ווי די וואַהנזיניגע אָהן האָפנונג צו אַנטלויפען פון אַ באַלדיגען סוף.

דער געפעהרליכסטער מאָמענט איז פאַראיבער. איך האָב אָפּ־געצויגען דעם אָטעם און בין ווי עס איז דערגאַנגען צו מיין וואואי־נונג.

די קעלט איז געווען אַ שרעקליכע און קוילען איז געווען שווער צו קריגען, ווייל עס איז ניט געווען קיין מעגליכקייט צו פיהרען זיי פון די גרויסע יאָרדס אין די קלענערע, און פון די קלענערע אין די קוילען־סעלערס.

אפילו ווען די צו־ווילדעוועטע נאַטור האָט זיך אַביסעל באַ־רוהיגט, איז נאָך אַלץ געווען שווער צו באַקומען קוילען. מען האָט שוין ווי עס איז געקענט אַרויסקומען אויפ'ן גאַס. אָבער מען האָט געדארפט לאַנג וואַרטען איידער מען האָט באַקומען אַ פּעיל קוילען. דער גליקליכער וואָס האָט דאָס באַקומען איז גע־לאָפען אַ היים ווי מיט אַן אוצר.

איך און אַ פּאָר פון מיינע שכנים האָבען זיך אַוועקגעלאָזען אויף אזא „יאַזדע". געהן אין קאָול־סעללאַרס וואָלט געווען אַן אומזיסטע ארבייט. זיי זיינען שוין לאַנג געווען פּוסט. זיי־ 365נען מיר געגאַנגען צו די האָלסייל פּלעצער — צו איין יאָרד, צו אַ צווייטען, צו אַ דריטען. אומעטום האָבען מיר געפונען קראָודס שטעהענדיג מיט פּעילס, אַלט און יונג, מענער, פרויען און קינ־דער. ענדליך האָב איך באַקומען אַן עמער מיט דעם טייערען אַרטיקעל, און איהם אַוועקגעטראָגען אין אונזער פאַרפראָרענער היים.

3
עטליכע טיפּען פון דער איוועניִנג סקול.

אויב די ישיבה־סקול דערמאָנט מיר אָן דעם היסטאָרישען בלי־זאַרד, דערמאָנט מיר מיין עלדרידזש סטירט'ער קוואַרטיר אָן צוויי איטאַליענער, וועלכע פלעגען מיר דאָרטען באַזוכען.

יענעם ווינטער האָט אין דער איוועניִנג סקול, וואו איך האָב גע־האָט מיין שטעלע, זיך פאַרשריבען אַ געוויסע צאָהל איטאַליענער, און — איך געדענק ניט ווי אזוי דאָס איז געווען — מען האָט זיי אַלעמען אַריינגעשיקט אין מיין קלאַס. קיין איטאַליעניש קען איך ניט. אָבער איינער פון מיינע שילער איז געווען אַ רוס, אַ זינגער, וועלכער האָט עטליכע יאָהר שטודירט אין איטאַליען, האָט ער געדינט אַלס דאָלמעטשער צווישען מיר און זיי.

צווישען דיזע איטאַליעניש שילער האָט זיך געפונען אַ גע־בילדעטער מאַן, בין איך מיט איהם נעהענטער באַקאַנט געוואָרען, און ער פלעגט מיר באַזוכען. אַ צווייטער איטאַליענער פון דער איוועניִנג־סקול פלעגט מיר באַזוכען, ווייל ער האָט ביי מיר גענו־מען פּריוואַט לעסאָנס אויך. דער ערשטער איז געווען אַ בלאָנ־דער מיט בלויע מילדע אויגען; דער צווייטער—אַ דונקעלער, מיט גלאַנציגע שוואַרצע האָר און מיט שוואַרצע אויגען. דער ערשטער האָט געקענט אַ ביסעל דייטש, און אזוי ריידענדיג אַ ביסעל אויף דייטש און אַ ביסעל אויף געבראָכענע ענגליש, פלעגט ער מיר דער־צעהלען וועגען איטאַליען און וועגען איהרע שריבט־שטעלער. ער האָט געהאַט אזא מעלאָדישע שטימע אז אפילו ווען ער האָט גע־רעדט אויף זיין געמאַטערטען ענגליש האָט דאָס אויך געקלונגען ווי מוזיק. ער פלעגט פאַר מיר דעקלאַמירען שטיקלעך איטאַליע־ 366נישע פּאָעזיע, און איך פלעג דאָס צוהערען אזוי ווי אַ שעהנעם ניגון.

איך האָב איהם געפּרוּפט באַקעהרען צום סאָציאליזם, אָבער ער האָט זיך מיט דעם ניט אינטערעסירט. „איט איז נאַט פּאָ־עטיקעל" (עס איז ניט פּאָעטיש) — האָט ער מיר אמאָל געענטפערט. דער סאָציאליזם פאָדערט גלייכהייט, און גלייכהייט איז פּראָזאַאיש, וואָכעדיג. אזוי פלעגט ער טענה'ן.

איך האָב איהם געפרואוט באַווייזען, אז ער האָט אַ טעות; עס איז אָבער געווען אַן עבירה מיין מיה. ער איז פון דער נאַ־טור מסתמא געווען מעהר פּאָעט ווי דענקער. סאָציאלע פראַגען האָבען איהם ניט אינטערעסירט.

דער איטאַליענער מיט די שוואַרצע אויגען איז געווען אַ ביזנעס־מאַן, אַ ווײַן־העגדלער, און ער פלעגט מיר ברענגען איטאַ־ליענישע ווײַנען. איך האָב איהם געזאָגט אז איך טרינק ניט, אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפען. ער האָט זיך ניט געקענט פאַר־שטעלען ווי אזוי מען קען לעבען אָהן ווײַן. זיי ביידע, און אויך די אַנדערע איטאַליענישע שילער פון מיין קלאַס אין דער איוו־ניִנג סקול, האָבען אויף מיר געמאַכט אזא אַנגענעמען איינדרוק, אז די גאַנצע איטאַליענישע נאַציאָן האָט זיך מיר פאַרגעשטעלט אַלס אַ נאַציאָן פון גוטהערציגע מענשען.

צוזאַמען מיט די איטאַליענער האָבען זיך אין מיין קלאַס געפונען עטליכע אידישע שילער אויך. פון דיזע זיינען אין מיין זכרון פאַרבליבען די געשטאַלטען פון צוויי, ביידע געבילדעטע: אַ דייטשער יהודי, וועלכער איז אָקאָרשט געקומען פון יוראָפּ, און אַ מאָסקווער סטודענט. דער ערשטער האָט געמאַכט דעם איינ־דרוק פון אַ מענשען, וואָס האָט פריהער געהערט צו אַ רייכערען שטאַנד. זיינע קליידער זיינען געווען אַלט, אָבער זעהר ציכטיג און עלעגאַנט. ער האָט געלערענט ענגליש פאַר־זיך אויך און ער האָט געמאַכט אזא פאָרטשריט, אז ער האָט אין מיין קלאַס באַלד ניט געהאַט וואָס צו טאָן. דאָך איז ער אַ לאַנגע צייט נאָך געקומען, געקומען פינקטליך יעדען אָוונד. איך האָב חושד געווען, אז ער האָט פּשוט ניט וואו די אָוונדען צו פאַרברענגען.

367איך געדענק דיזען דייטש־אידישען אימיגראַנט ספּעציעל דורך דעם, וואָס מיט אַ פּאָר יאָהר שפּעטער האָב איך מיט איהם געהאַט אַן איבעראַשענדע באַגעגעניש אויף בראָדוויי, לע־בען וואָל סטריט, אין דעם דיסטריקט פון דער בערזע און גרויסע באַנק געשעפטען. דאַן זיינען זיינע קליידער שוין געווען ניי און אין אַלגעמיין האָט זיין אויסזעהן עדות געזאָגט, אז ער איז גע־פינט זיך אין אַ גוטען מאַטעריעלען צושטאַנד. ער האָט מיך באַגריסט און מיר האָבען פאַרבראַכט אייניגע מינוטען אין גע־שפּרעך. ענגליש האָט ער שוין גערעדט פליסיג און גוט, דייט־ליך האָט ער מיר קיין זאַך ניט ערקלערט. אָבער פון אייניגע אַנצוהערענישען זיינע האָב איך געדרונגען, אז ער איז פאַרבונ־רען מיט אַ גרויסער פינאַנץ־פירמע פון דייטשע יהודים, קרובים זיינע, און אז ער האַנדעלט אויף וואָל סטריט. פאַרוואָס ער האָט זיך צו זיינע קרובים ניט געמעלדעט גלייך ווי ער איז גע־קומען קיין אמעריקא, האָב איך ניט געוואואסט.

דער מאָסקווער סטודענט איז געווען פון אַ ליטווישער שטאָדט. דעם נאָמען פון זיין געבורטס־פּלאַץ לאָז איך דאָ אויס, ווייל ער איז געווען אַ זאָנדערבאַרער מענש. ווען ער האָט גוט איבערגעלעזען אַן ענגלישען זאַץ און איהם ריכטיג פאַרשטאַנען, פלעגט ער שטילינקערהייט זיך צולאַכען, פאַרשטעלענדיג די מויל מיט'ן האַנט, אזוי ווי דאָס וואָלט געווען אַ סעקרעט. אמאָל פלעגט ער פון־העלער־הויט געבען אַ פאַרשטיקטען פייף, מיט אַ מאָדנעם שמייכעל דערביי. איך האָב געמיינט אז ער איז ניט ביים זינען. אָבער זיינער אַ לאַנדסמאַן, מיינער אַ גוטער באַקאַנטער, האָט מיר געזאָגט, אז ער איז נאָר „אַביסעל אַ צודרעהטער, אָבער ביים פולען זינען".

ער האָט מיך עראַינערט אָן וואָלפען, דעם אידיאָטסקען גאַס־מענש, וועלכער פלעגט אָפט אַריינקומען אין מיין טאַטע'ס שענק.

נאָך איינער פון די אידישע שילער, וועלכע האָבען זיך גע־לערענט אין מיין קלאַס צוזאַמען מיט די איטאַליענער, איז גע־ 368ווען אַ זאָנדערבאַרער „סאָסטאָמער", אָבער אויף אַן אַנדער שטייגער.

מיט עטליכע מאָנאַט פריהער, אין אַ געוויסען נאָכמיטאָג, האָט מיך אויפ'ן גאַס אָפּגעשטעלט אַ איד מיט אַ באָרד און פּאות.

— איהר זייט אַ טיטשער, — האָט ער געזאָגט, — איך וויל זיך לערנען ענגליש. קען מען זיצען אין סקול אין אַ העט?

איך האָב איהם ערקלערט, אז דאָס וואָלט ניט געווען אַנ־גענעהם און אז עס וואָלט איבערהויפט ניט געווען באַקוועם ווען אַ איד מיט באָרד און פּאות זאָל געהן אין סקול. אַ באָרד מאַכט נאָך ניט אויס. אָבער די פּאות וואָלטען געצוויגען צופיל אויפמערקזאַמקייט. די אַנדערע שילער וואָלטען געלאַכט און עס וואָלטען אַרויסגעקומען אונאַנגענעהמע סצענעס. ער איז געוואָרען אין כעס און האָט גענומען אַרגומענטירען, אז אמעריקא איז אַ פרייע מדינה, א. ז. וו.

מיט דריי מאָנאַט שפּעטער פיהרט מען אַריין אין מיין קלאַס אַ יונגען מאַן, אַ ריין־געשייוועטען און מיט אַ ברייטען שמייכעל אויפ'ן פּנים.

— איהר דערקענט מיך? — האָט ער געפרעגט.

ווען איך האָב זיך גוט צוגעקוקט האָב איך דערזעהן, אז דאָס איז יענער איד, נאָר אָהן דער באָרד און אָהן די פּאות.

— זיך שוין איבערגעקערט? — האָב איך געפרעגט.

— יאָ, וואָס זאָל מען טאָן? די פּאות האָבען מיר גע־שטערט צו מאַכען אַ לעבען. מען קען אָבער זיין אַן עהרליכער איד אָהן פּאות אויך.

ער האָט גענומען געהן אין קלאַס, און פון דעם ערשטען אָוועגד אָן האָב איך פון איהם געהאַט גרויסע צרות. אויף יעדער ערקלעהרונג וואָס איך פלעג געבען, פלעגט ער מיך פאַר־וואָרפען מיט קשיות, ברענגען משלים, שטיקלעך גמרא. די אַנ־דערע שילער האָבען ניט געוואָלט ליידען, פאַרוואָס ער שטערט דעם לעסאָן; פלעגט ער זיך מיט זיי קריגען און זידלען זיי.

ער איז געווען אַ ליטוואַק, און קיין „ש" האָט ער ניט גע־קענט אויסריידען. ווען איך פלעג איהם זאָגען אז מען דארף ניט זאָגען „סי", נאָר „שי", פלעגט ער זיך גיפטיג צולאַכען, 369קװעטשען מיט די פלייצעס, עפעס אזוי װי מען װאָלט דאָ אומ־זיסט זיך געטשעפעט צו איהם.

פון די איטאַליענער האָב איך געהאַט אן אנדער טראָבעל. זיי איז שװער אויסצורייידען אַ װאָרט װעלכער האָט נימ קיין װאָקאַל צום ענד; לייגען זיי צו א פתח. אַנשטאָט „טיש" װאָל־טען זיי זאָגען „טישא". אַנשטאָט „באַנק" — „באַנקאַ", א. ז. װ. מיט אַ פאָר פון די איטאַליענער האָב איך אין דיזער באַציהונג ניט געהאַט קיין סך טראָבעל, אָבער מיט די איבעריגע איז מיר געװען זעהר שװער. עס איז מיר זאָגאַר אונמעגליך געװען זיי צו געבען צו פארשטעהען װעגען װאָס דאָ האַנדעלט זיך. איך זאָג „רײַט", זיי זאָגען „רײַטאַ", און זיי זעהען ניט קיין אונטערשיעד.

איינער פון די שילער איז געװען אן עלטערער מאַן מיט אן אינטערעסאַנטער געזיכט און מיט אַ פיינער מוזיקאַלישער שטימע. עס װאָלט געװען זעהר אנגענעהם צו הערען װי ער ליעננט, װען ער װאָלט ניט צולייגען אַ פתח בײַ יעדען װאָרט, װאָס ענדיגט זיך מיט אַ קאָנסאָנאַנט. ער פלעגט זאָגען „טוקאַ" אַנשטאָט „טוק", „טייבלאַ" אַנשטאָט „טייבל", „װענטאַ" אַנשטאָט „װענט", א. ז. װ.

פריהער זײַנען די לעהרער פון די איװונינג סקול געװען קריסטען און אַ פאָר אַמעריקאַנער געבאָרענע אידען. איך, אלעיניקאָוו און דר. בראָוד, זײַנען געװען אויסנאַהמען. אין 1887 און 1888 האָבען זיך באַװיזען נאָך רוסישע אימיגראַנטען אַלס לעהרער. דער איצ־טיגער דאָקטאָר איראָן איז געװען אָיינער פון זיי.

אויסער קאַרלס'ן בין איך צװוישען די קריסטליכע לעהרער נאָהענט באַקאַנט געװאָרען מיט אַ איינעם אַ פלעמינג. מיר פלע־גען אָפט געהן פון סקול צוזאַמען. מײַן װאָוינונג איז געװען גאַנץ נאָהענט, װעהרענד ער האָט געװאוינט אויף מעדיסאָן סטריט, לעבען ראָטגערס. מיר פלעגען אָבער דאָס רוב צוערשט געהן שפאַצירען; דערנאָך פלעגט ער מיך אַמאָל באַגלייטען ביז מײַן װאָוינונג און אַמאָל פלעג איך איהם צופיהרען ביז זײַן װאָוינונג. אויפ'ן װועג פלעגען מיר שמועסען, דעבאַ־ 370טירען. מײַנע סאָציאַליסטישע געדאַנקען פלעגען איהם אינ־טערעסירען נאָר װי אַ טשיקאַװע זײַטיגע זאַך. ער פלעגט מיר שטעלען קשיות װועגען די איינפיהרונגען און אָרדנונגען אין אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפט, און ער פלעגט מײַנע אַנטװאָרטען אויסהערען מיט אויפמערקזאַמקייט. אָבער פּוֹעל'ן בײַ איהם, אַז ער זאָל קומען אויף איינעם פון אונזערע מיטינ־גען אין דער סאָציאַליסטישער ביבליאָטעק, האָט זיך מיר סײַנמאָל ניט אײַנגעגעבען. איינמאָל, װען ער האָט דערהערט אַז ליליען ראָסעל'ס מוטער קומט אויף יעדען מיטינג אונזערען און איז אָפט די פאָרזיצערין, האָט ער געזאָגט, אַז ער װעט קומען. ער האָט זיך אָבער קיינמאָל ניט צוגעקליבען.

4
דער פרינסיפּאַל און דער סופּעראינטענדענט. — אַן אונאָנ־גענעהמע סצענע.

דער פרינסיפּאַל פון מײַן סקול איז דאַן געװען איינער פיטער מאַראאו, זעהר אַ הויכער, דערער אַמעריקאַנער, מיט גרויסע, װוייסע ציהן, אַ שטילער און אַ העפליכער. פון די צװועלף יאָהר װאָס איך האָב פאַרבראַכט אין דער קריסטי סטריט איװונינג סקול, איז ער צעהן יאָהר געװוען מײַן פרינסיפּאַל. און דאָך, װוען איך װיל זיך איצט דערמאָנען װאָס פאַר אַ סאָרט מענש ער איז געװוען, פיהל איך, אַז איך האָב ניט װאָס זיך צו דערמאָנען. איך האָב װועגען איהם קיין מאָל קיין באַגריף ניט געהאַט. „גוט־מאָרגען, גוט־יאָהר!" — װי דער װוערטעל איז.

אין דער פריה איז אין דער זעלבער געבײַדע געװוען אַ גרעמער סקול פאַר קינדער, און מאַראאו איז דאָרטען געװוען איינער פון די לעהרער. די קינדער זײַנען מייסטענס געװוען קריסטליכע און די לעהרער זײַנען אלע געװוען קריסטען. די קינדער זײַנען געװוען פון איירישע, דייטשע אָדער אַמעריקאַנישע עלטערען; און די לעהרער זײַנען געװוען פון דער זעלבער אָפ־שטאַמונג; אָבער דער פּראָצענט פון יענקיס צװוישען זיי איז געװוען אַ סך גרעסער װי צװוישען די שילער. מאַראאו איז געװוען אַן עכטער אַמעריקאַנער.

371דער איװונינג סקול סופּעראינטענדענט איז געװוען איינער אַ דאָקטאָר האָפמאַן, אַ פּוֹלער מאַן פון די אינגערע מיטעלע יאָהרען. פון צײַט צו צײַט פלעגט ער זיך באַװוייזען, זיצען אַ װוײַלע און צוהערען װי איך טו מײַן אַרבייט, עקזאַמינירען עטליכע פון די שילער, אַ קוס טאָן אין מײַן ראָלל־בוק*, מאַכען אַ פּאָר נאָטיצען אין זײַן ביכעל און אַרויסגעהן. מאַראאו פלעגט איהם אימער באַגלייטען. װוען האָפמאַן איז אָבער ניט געקומען, פלעגט ער די קלאַס־צימערען כמעט קיינמאָל ניט באַזוכען.

איין מאָל האָב איך מיט האָפמאַנ'ען געהאַט טראָבעל און אַ זעהר אונאָנגענעהמע סצענע. װוען ער איז געקומען צו מיר, האָב איך מײַן ראָלל־בוק ניט געהאַט בײַ זיך. איך האָב איהם מיטגענו־מען אַ היים צו ברײַנגען איהם אין „אָרדנונג", און האָב איהם אי־בערגעלאָזען אין דער היים. דר. האָפמאַן איז געװוען מעהר טשי־נאָוניק װי ערציהער, און דער ראָלל־בוק איז בײַ איהם געװוען די װויכטיגסטע זאַך. די פראַגע, צי דער לעהרער לערענט די שילער מיט אַ זין, — דאָס האָט איהם אינטערעסירט נאָר פון יוצא װע־גען. דער ראָלל־בוק אָבער איז בײַ איהם געװוען אַ הייליגטום.

איך, װוידער, האָב דעם ראָלל־בוק פיינט געהאַט. איך האָב איבערהויפט ניט קיין געדולד צו אַזעלכע זאַכען, װאָס פאָדערען טרוקענע חשבונות און טרוקענע פּינקטליכקייט.

דאָ איז אָבער געװוען אַ ספּעציעלע אורזאַכע, פאַרװואָס איך האָב צו דעם ראָלל־בוק ניט געהאַט קיין געדולד. ער איז אין גאַנ־צען געװוען אַ פּוסטע צערעמאָניע — אַזוי האָב איך, װויניגסטענס, דאַן געגלויבט. אין די סקולס פאַר קינדער איז דאָס װויכטיג, װואָרים די שילער מוזען קומען יעדען טאָג; אַ גאַנצען יאָהר אַזוי. דאָס איז זייער איינציגע באַשעפטיגונג. אַלזאָ איז װויכטיג צו פאַרצייכענען יעדען טאָג װוער פון זיי עס פעלט. טאָמער נאַרט דער בײַ אָי אָדער די מיידעלע אָפּ די עלטערען און פאַרברייענגט דעם טאָג אַנדערשװואו, װוייל מען דאָס װויסען. גאַנץ אַנדערש איז מיט די איװונינג־סקולס פאַר ערװואַקסענע, זעלבסטשטענדיגע מענשען, 372װועלכע זײַנען אַ גאַנצען טאָג פאַרנומען בײַ אַרבייט אָדער פּעדלע־רײַ. אָפט איז דער שילער אין אָװוענט צו מיד צו געהן אין סקול, אָדער ער האָט אַ פּריװואַט זאַך צו אָטענדען. דער אמת איז, אַז די מאַיאָריטעט פון אונזערע שילער איז געװוען זעהר ניט־פּינקטליך. נאָר אַ קליינע צאָהל פון זיי פלעגט קומען יעדען אָװוענט. פילע פלעגען אין גאַנצען אָפזיין בלויז אַ קורצע צײַט. יעדען װוינטער פלעגען דורך יעדען קלאַס דורכגעהן אַ פּאָר הונדערט שילער און בלייבען פלעגט נאָר אַ פּאָר צעהנדליג פון זיי. די איבעריגע זײַ־נען איבערהויפט ניט געװואוינט געװוען צו אַ ביכעל. אָדער נאָך אַ טאָג שװוערע אַרבייט האָבען זיי זיך פּשוט געניטיגט אין רוה. איינינע פלעגען גלייך אויף מאָרגען שוין ניט קומען, אַנדערע פלע־גען פאַרבלייבען עטליכע טעג. אַזוי איז געװוען אין יעדען קלאַס.

פאַר סטאַטיסטישע צװועקען איז נאַטירליך ריכטיג דאָס אַלץ צו פאַרצייכענען. אָבער מיר האָט דאָס װויניג געקימערט. לער־נען מיט די שילער האָב איך ליב געהאַט, אָבער פיהרען דעם „ראָלל־בוק" איז מיר געװוען צו־לאָסט. פלעג איך איהם פאַרנאַכלעסיגען, און דערנאָך „פיקסען" די ציפער פאַר עטליכע אָװוענטען מיט אמאָל. דיזען מאָל האָבען זיך אָנגעקליבען אַזוי פיל דורכגעלאָזענע דאַ־טומס, אַז איך האָב דעם בוך גענומען צו זיך אַ היים, מיט דעם צװועק דאָרטען צו מאַכען די אָפּעראַציע. איך האָב דאָס אָבער אָפּגעלייגט פון טאָג צו טאָג. און דער ראָלל־בוק איז געבליבען בײַ מיר אין דערהיים.

װוען האָפמאַן איז אַרײַנגעקומען, איז מיר פינסטער געװואָרען אין די אויגען.

ער האָט געבעטען דעם ראָלל־בוק, װי געװועהנליך.

— איך באַדויער זעהר. איך האָב איהם גענומען אַ היים אַרײַנ־צושרייבען די רעקאָרדס, װועלכע איך האָב פאַרצייכענט אויף שטיק־לאַך פּאַפּיר און האָב פאַרגעסען איהם צו ברײַנגען, — האָב איך געענטפערט.

ער האָט נאַטירליך פאַרשטאַנען אַז די מעשה מיט די שטיק־לאַך פּאַפּיר איז אַ ליגען. זײַן טונקעל־רויטע געזיכט האָט זיך באַ־צויגען מיט אַ כמאַרע.

373— שיקט אַ שילער צו אײַך אַ היים, זאָל ער ברײַנגען דעם בוך.

— אָלל רײַט! אָט איז דער שליסעל פון מײַן טיר, — האָב איך געזאָגט אין פאַרצװוייפלונג.

— איז דאָרט קיינער איצט ניטאָ?

— מײַן פרוי איז געגאַנגען צו־גאַסט.

— איך װויל ניט אַז אַ פּרעמדער זאָל אַרײַן אין אײַער װואוי־נונג װוען קיינער איז ניטאָ, — האָט האָפמאַן געזאָגט מיט אַ בײַ־זער העפליכקייט.

עס איז געװוען זעהר אן אונאָנגענעהמער מאָמענט פאַר מיר. האָפמאַן און איך זײַנען געשטאַנען און געשװויגען. דער גאַנצער קלאַס האָט געקוקט אויף אונז ביידען — איינינע, מסתמא, מיט סימפּאַטיע צו מיר; אַנדערע אפשר מיט דעם תענוג, װואָס אַ טע־אַטער באַזוכער האָט פון אַ דראַמאַטישען מאָמענט. ענדליך האָט דער סופּעראינטענדענט זיך מיט מיר געזעגענט — שטיל און קאַלט — און איז אַװועק.

איך האָב געמיינט, אַז איך װועל פאַרלירען מײַן דזשאַב. האָפ־מאַן האָט לײַכט געקענט ברײַנגען דערצו. ער האָט דאָס אָבער ניט געטאָן.

בײַם אָנהויב פון דעם נעקסטען װוינטער האָט מען מיר געגעבען דעם העכסטען קלאַס אין דער סקול.

דר. אירדאָן דערצעהלט מיר די פאָלגענדע פּאַסירונג, װועלכע געהערט צו דיזען פּלאַץ:

איינמאָל איז אין זײַן קלאַס־צימער אַרײַנגעקומען מאַראאו, דער פּרינסיפּאַל, און געזאָגט צו איהם:

— װואָס שרײַט דאָרטען קאַהאַן אַזוי הויך? אויף װואָס פאַר אַ שפּראַך רעדט ער דאָרטען צו די שילער — רוסיש? ער האַלט אַ רעדע פאַר זיי?

אַזוי װי אירדאָן איז געװוען מײַן נעקסט־דאָריגער שכן, און אַזוי װי איך האָב גערעדט מיט באַגײַסטערונג און זעהר הויך, האָט ער געהערט יעדען װואָרט. איך האָב געהאַלטען אַ סאָציאַ־ליסטישע רעדע פאַר די שילער.

— ער ערקלערט די שילער װי װויכטיג עס איז פאַר 374אימיגראַנטען צו קענען גוט די ענגלישע שפּראַך, און ער גיט זיי אַ לעסאָן אין „סיװויקס", — האָט אירדאָן געענטפערט.

— אָה, װי פיין דאָס איז! — האָט מאַראאו געזאָגט — אַך, װי שעהן! — און ער איז אַװועק אַ העכסט אַ צופרידענער.

5
פייגענזאָן, קאַצענעלענבאָגען און זייער ספרים־סטאָר. — מאָררים ראָזענפעלד.

איך פלעג זײַן אַן אָפטער איינגעהער אין אַ קליינער סטאָר פון ספרים, אין 35 לאָדלאָו סטריט. זי האָט געהעהרט צו צװוי װוילנער יונגע לײַט, פייגענזאָן און קאַצענעלענבאָגען. איך האָב זיי ביידען געקענט פון דערהיים.

קאַצענעלענבאָגענ'ען האָב איך אַ פּאָר מאָל געזעהן אין װוילנאַ. װוען איך בין געװואָרען בעל־מצוה, האָב איך אין זײַן מוטער'ס ספרים געשעפט געקויפט אַ „דרך חיים" סדור'ל און ער איז געשטאַנען דערבײַ און געבעטען בײַ דער מאַמע'ן אַ קאַפּיקע. עס האָט זיך אַרויסגעצײַגט, אַז אין דעם סדור'ל האָבען געפעהלט בלעטלאַך און איך האָב איהם אָפּגעטראָגען צוריק און זײַן מוטער האָט מיר געגעבען אַן אנדערען. דערבײַ איז ער אויך געװוען אין קראָם און ער האָט גראַד עפּעס װוידער געבעטען בײַ דער מאַמע'ן. איך האָב באַקומען אַ באַגריף אַז ער איז פון די קינדער װואָס לאָזען ניט לעבען. מיט אַ יאָהר פערצהן שפּעטער, װוען איך בין מיט איהם באַקאַנט געװואָרען אין ניו יאָרק האָב איך זיך גלייך ערקונדיגט, אַז דער דאָזיגער באַגריף איז אַ גאַנץ פאַלשער. קיין שטילערען, װוייכערען און סימפּאַטישערען מענשען האָב איך קיין מאָל ניט באַגעגענט.

פייגענזאָנ'ס פאָטער איז געװוען אַ באַקאַנטע פערזענליכקייט אין װוילנאַ, און זײַן נאָמען האָט זיך געלאָזט הערען אין אנדערע אידישע שטעדט אויך. ער האָט געצײַגען אויפמערקזאַמקייט דורך אַ נײַעם ש"ס מיט פילע פירושים, װועלכען די װועלט־באַריהמטע פירמע, די ברידער ראָם, האָט אַרויסגעגעבען אונטער זײַן רעדאַקציע, און אויך דורך אַ קליינעם רוסיש־אידישען װוערטער־בוך, װואָס ע 375האָט פאַרפאַסט. אין דערהיים איז דער יונגער פייגענזאָן געגאַנגען אין רעאָלנאַיע אוטשילישטשע (רעאַל שול), און איך בין מיט איהם געװוען באַקאַנט דורך גאָלדבלאַט'ען דעם קינסטלער. איך און גאָלדבלאַט האָבען איהם איינינע מאָל באַזוכט.

קיין אַמעריקאַ איז פייגענזאָן געקומען אַ פּאָר מאָנאַט נאָך מיר. שפּעטער האָט ער, מיט דער הילף פון די ברידער ראָם, געעפענט די ספרים־ביזנעס אויף לאָדלאָו סטריט. אַזוי װי אָבער ער האָט פון ספרים געװואוסט גאַנץ װויניג, האָט ער צוגענומען אַלס פּאַרטנער קאַצענעלענבאָגענ'ען, װועלכער איז אין דעם ספרים־געשעפט געבאָרען געװואָרען און אויסגעװואַקסען.

דורך פייגענזאָנ'ען בין איך דאָס אָנגעקומען אַלס טיטשער אין ישיבת עץ חיים. ער האָט דאָרטען אַ געװויסע צײַט געלערנט אַריפמעטיק און ענגליש מיט די קינדער פון דעם העכערען קלאַס. װוען די ספרים סטאָר האָט זיך אַביסעל ענטװויקעלט, און ער האָט אין דעם טיטשער דזשאַב זיך מעהר ניט געניטיגט, האָט ער מיך רעקאָמענדירט אויף זײַן פּלאַץ.

דער אמת'ער פיהרער פון דער סטאָר איז געװוען קאַצענעלענ־באָגען. אָבער פייגענזאָן פלעגט דאָרטען אויך אימער זײַן. עס פלעגען אַהין אַרײַנקומען פאַרשידענע טיפּען. עס איז געװוען אַ מין אָפענער קלוב, און איך פלעג דאָרטען ליב האָבען צו פאַר־ברענגען.

מיט פייגענזאָנ'ען פלעג איך דאָס רוב ריידען אויף רוסיש אָדער אויף ענגליש. און דאָס עראינערט מיך אָן אַ זאָנדערבאַרען צוזאַמענשטויס װואָס איך האָב דאָרטען אמאָל געהאַט.

מיר זײַנען געשטאַנען און געשמועסט אויף רוסיש, װועהרענד קאַצענעלענבאָגען! איז געװוען פאַרנומען מיט אַ קאָסטאָמער — אַ הויכער איד מיט אַן אַרומגעשאָרענער בערדעל און אַ װוייסען שניפּסעל — אַ רעװוערענד, קענטיג. פּלוצלונג ניט זיך דער „כלי קודש'ניק" אַ קער צו אונז מיט אַ פּלאַקער אין די אויגען.

— קיין אנדער אָרט צו ריידען רוסיש װוי אין אַ ספרים־סטאָר קענט איהר ניט געפינען? — האָט ער אויסגעשאָסען.

— איך װויל אײַך עפּעס פרעגען, — האָב איך געזאָגט, — אויב אין אַ ספרים סטאָר טאָר מען ניט ריידען קיין „גויאישקען" 376לשון, טאָ װואָס זאָל טאָן אַן אַמעריקאַנער איד, װואָס קען ניט ריידען קיין אידיש אָדער לשון קודש? אויב ער װויל קויפען אַ סדור אָדער אַ חומש, דאַרף ער דאָס טאָן אויף שטום־לשון?

— װועגען ענגליש רייד איך ניט, ענגליש איז אָלרײַט, — האָט ער געענטפערט, — איהר רעדט דאָך אָבער רוסיש.

ער האָט אָנגעהויבען צו שימפען די רוסישע שפּראַך, און איך בין געװואָרען אָנגעצונדען. איך האָב איהם גענומען באַװוייזען, אַז די רוסישע שרײַבער זײַנען די שענסטע און בעסטע מענשען; אַז זיי פאַרדאַמען די פּאָגראָמען; אַז אויף רוסיש ריידען און שרײַבען די װואָס קעמפען פאַר פרייהייט און פאַר גלייכע רעכט פאַר אַלעמען, פאַר אידען אויך. איך האָב אָבער גערעדט מיט אַ בייזען טאָן. דער „רעװוערענד" האָט מיך גערערגערט, הויפּטזעכליך זײַן װוייסער שניפּס. ער האָט אויך גערעדט מיט כעס, און דער סוף איז געװוען, אַז ער האָט גענומען סטראַשען:

— איך װועל מודיע זײַן, אַז די ספרים װוערען דאָ פאַר־שװועכט; אַז מען רעדט דאָ רוסיש און דאָ איז אַ נעסט פון ניהיליסטען און מיסיאָנערען. אַ איד טאָר אַהער ניט אַרײַנקומען.

װוען פייגענזאָן האָט דאָס דערהערט. האָט ער איהם אָנגעכאַפּט פאַר'ן קאָלנער און אַרויסגעװואָרפען.

איינמאָל זאָגט צו מיר פייגענזאָן:

— ס'איז פאַראן אַ שנײַדער, װואָס שרײַבט פּאָעזיע. מען רופט איהם ראָזענפעלד. ער װואָלט אײַך װועלען װוייזען װואָס ער שרײַבט.

מיר האָבען אָפּגעמאַכט, אַז איך זאָל זיך מיט איהם טרעפען אין דער סטאָר. אין דעם באַשטימטען טאָג און שטונדע, אין אַ ברענענדיג־הייסען נאָכמיטאָג, אין דזשולײַ אָדער אָגוסט, האָט פייגענזאָן פאַר מיר פאָרגעשטעלט אַ יונגען מאַן, ניט קיין הויכען, מיט שװואַרצע גענרײַזעלטע האָר. ער איז געװוען בוכשטעבליך אָפּגעריסען און אָפּגעשליסען. קיין אויבער־העמד און קיין קאָלאַר האָט ער ניט געטראָגען. ער האָט ניט אויסגעזעהען װוי קיין שנײַדער, נאָר עפּעס װוי איינער פון די יונגען, װואָס אַרבייטען אויפ'ן ברעג פון טײַך װויליאַ, אין װוילנאַ, בײַ די פּליטען — אַזאַ איינדרוק האָט ער אויף מיר געמאַכט.

377װוען ער האָט פאַר מיר פאָרגעלעזען זײַנע אַ געדיכט, בין איך ערשטוינט געװואָרען. איך האָב ניט געגלויבט, אַז די ליד װוייזט אויף אַן ענטװויקעלטען טאַלאַנט. זי איז אָבער דאָך געװוען זעהר גוט — שעהן און שטאַרק. װוי קומט דאָס צו אַזאַ מענשען?

— עס איז אויסגעצייכענט! — האָב איך געזאָגט, — איהר מוזט שרײַבען! פון אײַך װועט אַרויסװואַקסען אַ פיינער פּאָעט.

אַרום דערזעלבער צײַט האָב איך אויך אויפגעשריבען אַ ליד אויף אידיש. איך האָב אָבער אין זינען געהאַט ניט פּאָעזיע, נאָר סאָציאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדאַ. פייגענזאָן און קאַצענעלענ־באָגען האָבען איהר אָפּגעדרוקט (אויף רויטע פּאַפּיר) און פאַר־קויפט, פאַר צװוויי סענט אַ קאָפּיע, דאַכט זיך. זיי האָבען דאָס אַרויסגעגעבען אַלס איינע פון אַ רייהע טעאַטער־לידער. װואָרים מײַן ליד איז געװוען צום זינגען. איהר נאָמען איז געװוען „דער אָפּערייטאָר". זי איז געשריבען געװואָרען מיט דעמזעלבען מאַסקט װוי אַליקום צונזער'ס „די סאָכע", און אויבען איז געװוען אַ שורה, אַז מען דאַרף איהר זינגען מיט דעמזעלבען נגון.

„דער אָפּערייטאָר" פלעגט געזונגען װוערען אין די שעפּער.

אַז דאָס איז אַ פיל שװואַכערע זאַך װוי די געדיכט, װואָס ראָזענפעלד האָט מיר געװויזען — דאָס איז פאַר מיר קיין סעקרעט ניט געװוען. אָבער אַז עס איז אַן אונטער יעדער קריטיק — דאָס האָב איך פאַרשטאַנען ערשט שפּעטער. יעדענפאַלס איז דאָס געװוען מײַן ערשטע און לעצטע פּראָבע אַלס פערזען־פלעכטער אויף אידיש.

6
זיגמונד מאָגולעסקאָ און מײַן אינטערעם אין דעם אידישען טעאַטער. — שמר'ס „קאַקעטע דאַמען".

פייגענזאָן האָט מיך אויך געמאַכט פאַר אַן אָפטען באַזוכער פון דעם אידישען טעאַטער. פריהער איז דאָס פאַר מיר געװוען אַ פרעמדע װועלט.

378די אויבען־דערמאָנטע קאָמפּאַניע פון זילבערמאַן, קאַרפּ, חיימאָװויטש און די אנדערע, װועלכע זײַנען געקומען קיין אַמעריקאַ אין 1884, האָבען געשפּילט גאָלדפאַדען'ס זאַכען און אויך עפּעס אַ נײַעם מיש־מאַש, װועלכער האָט געהאַט אלע חסרונות פון גאָלדפאַדען'ס פּיעסען, אָהן זייערע מעלות. איך האָב ניט גע־קענט באַצויבערט װוערען ניט פון די פּיעסען, ניט פון דעם שפּי־לען.

איך האָב שוין דערצעהלט בײַם סוף פון ערשטען באַנד, אַז זײַענדיג אין געװועל, סוכות 1881, האָב איך זיך פאַראינטערעסירט אין די אידישע טעאַטער לידלעך, װואָס ספּאָקאָיני האָט פאַר מיר געזונגען. אָבער ערשטענס בין איך דאַן געװוען אינגער און װוייי־ניגער ענטװויקעלט, און צװוייטענס — און דאָס איז דאָך װויכ־טיגסטע — זײַנען באַזונדערע לידלעך פון דעם אידישען טעאַטער איין זאַך, און אַ גאַנצע פאָרשטעלונג — אַ גאַנץ אנדער זאַך. גאָלדפאַדען'ס נגונים זײַנען אימער געװוען געשמאַק, און — אלם אַ נײַעם — זעהר אינטערעסאַנט און פּיקאַנט.

אַ געװויסע צײַט — אין 1885 איז דאָס מסתמא געװוען — בין איך אַזוי באַצויבערט געװואָרען פון גאָלדפאַדען'ס ליד „אַ פאָס־טוכעל", אַז איך פלעג איהר זינגען — אינדערהויך, אינדער שטי־לינקערהייט — אומגעהענדיג איבער'ן שטוב אָדער שפּאַ־צירענדיג איבער'ן גאַם. דער כשוף איז געלעגען נאָר אין דעם נגון. די װוערטער האָבען מיר געקלונגען אומגעלומפּערט.

װוען די זילבערמאַן־חיימאָװויטש קאָמפּאַניע האָט זיך דאָ באַזעצט, האָב איך שוין אַ חיבשע ביסעל דורכגעלעבט, געלעזען און זיך אָנגעזעהן. דאָ איז מײַן לעבען איבערהויפּט געװוען פילפאַכער װוי אין רוסלאַנד. יעדער יאָהר, װואָס איך האָב דאָ פאַרבראַכט, האָט מיר געגעבען שטראָמען מיט נײַע ערפאַהרונגען. איך בין אַ חיבשע ביסעל ענטװויקעלט געװואָרען, און דער אידישער טעאַטער, װועלכער איז דאַן געװוען אַזוי רוי, האָט מיר פּשוט אָפּגעשטויסען.

פון טוירן־האָל האָט דער אידישער טעאַטער זיך אַריבערגע־קליבען אויף דער באַוערי, װואו ער האָט זיך אַ נאָמען געגעבען „אָריענטאַל טעאַטער". שפּעטער איז פון רומעניען אהער געקו־מען ראָזאַ גאָלדשטיין, װועלכע האָט דאָ געהיירראַט דעם אַקטיאָר 379קאַרפּ. זי איז געװוען אַ שעהנע פרוי און אַ שעהנע זינגערין. צװוי־שען איהר און מאַדאַם חיימאָװויטש (די שפּעטערע מאַדאַם אַד־לער) איז אָנגעגאַנגען אַ קאָנקורענץ. אַלס זינגערין האָט מאַדאַם גאָלדשטיין געהאַט מעהר ערפאָלג. איך בין איהר געגאַנגען הערען אַ פּאָר מאָל, אָבער די פּיעסען און דאָס שפּילען זײַנען מיר געװוען דערװוידער. איך בין פון דער גאַנצער אידישער טעאַטער װועלט געװוען זעהר װוייט. אין דיזער װועלט זײַנען פאָרגעקומען צוזאַמענ־שטויסען צװווישען צװוויי „פּאַטריאָטישע" לאַגערען, פון װועלכע איך האָב קיין באַגריף ניט געהאַט.

קיין גלענצענדע געשעפטען האָט דער אידישער טעאַטער אין יענע יאָהרען ניט געמאַכט. זיי פלעגען שפּילען לויט אַ קאָאָפּעראַ־טיװוען פּלאַן. די פאַרשידענע אַקטיאָרען פלעגען באַקומען פאַר־שידענע פּראָצענטען אָדער „מאַרקען", װוי זיי רופען דאָס, יעדער װוערלינ זיין טאַלאַנט אָדער פּאָפּולאַריטעט; און זיי האָבען קוים גענוג װואָס צו עסען. די אידישע באַפעלקערונג איז דאַן נים גרויס געװוען, און דער דאָלאַר איז דעם אימיגראַנען אָנגעקומען פיל שװוערער װוי הײַנט.

אין סעפּטעמבער 1886 איז קיין ניו יאָרק אָנגעקומען אַ נײַע אידישע טרופּע, אַ גרעסערע װוי די ערשטע. זי איז געקומען פון יאַסי, רומעניען. די אַקטיאָרען זײַנען אָבער מײַסטענס געװוען פון רוסלאַנד. אין רוסלאַנד איז דער אידישער טעאַטער פאַרבאָטען געװואָרען; זײַנען די קאָמפּאַניעס, װואָס פלעגען שפּילען אין אַדעס און אין אנדערע רוסישע שטעדט, זיך צופאַהרען. אַ פּאָר קאָמפּאַניעס, מיט דזשייקאָב פּ. אַדלער און מאַדאַם ליפּצין צװווישען זיי, האָבען זיך געפּלאַנט אין לאָנדאָן. פאַהרען קיין אַמעריקאַ האָט געפּאַהדערט צו גרויסע קאָסטען. די יאַסי'ער קאָמפּאַניע האָט זיך אָבער צוזאַמענגערעדט מיט צװוויי אַמעריקאַנער מענעדזשערס, דראַזדאָװויטש און ראָזענגאַרטען, און זיי האָבען זיי אַראָפּגעבראַכט קיין ניו יאָרק.

די פיר װויכטיגסטע שוישפּילער אין דיזער קאָמפּאַניע זײַנען געװוען זיגמונד מאָגולעסקאָ, פייגמאַן, דוד קעסלער און פינקעל. אַ באַדײַטענדע קראַפט איז אויך געװוען װוייגבלאַט. צו זייער קאָמ־ 380פּאַניע האָט אויך געהערט „פּראָפעסאָר" הורװוויץ, הויפּטזעכליך אַלס דראַמאַטורג, אָבער אויך אַלס שוישפּילער. אַזוי איז דאַן בײַ די אידישע אַקטיאָרען געװוען איינגעפיהרט. ליטיינער, דער דראַמאַ־טורג פון דער אָריענטאַל קאָמפּאַניע, האָט אויך געשפּילט.

די װויכטיגערע צװווישען די אַקטריסעם זײַנען געװוען פינקעל'ס ערשטע פּרוי, אַלס פּרימאַדאָנא, מרס. עדעלשטיין, אַלס דראַמאַטישע שוישפּילערין, און נאָר אַ פּאָר. לעאָן בלאַנק איז אויך געװוען אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער נאָך ניט אַלס שוישפּילער, נאָר אַלס איינער פון דעם כאָר.

אין ניו יאָרק האָבען דראָזדאָװויטש און ראָזענגאַרטען קיין טעאַטער ניט געקענט געפינען. האָבען זיי באַשלאָסען צו נעהמען די קאָמפּאַניע קיין שיקאַגאָ. אָבער מאָגולעסקאָ האָט זיך גענט־זאָגט צו פאָהרען אהין. ער האָט געװואָלט שפּילען ניט אנדערש װוי אין ניו יאָרק. האָט זיך אָנגעפאַנגען אַ פּראָצעס, און איידער װואָס־װוען, האָט די קאָמפּאַניע גאָר ניט געטאָרט שפּילען. דרײַ מאַנאַטען האָבען זיך אַזוי אָפּגעצויגען. דיזע דרײַ מאַנאַטען האָט די קאָמפּאַניע נאָכהער געדענקט אַלס די שרעקליכסטע הונגער־צײַט, װואָס זיי האָבען װוען עס איז געהאַט. די מיטגלידער זײַנען אומגעגאַנגען צו עטליכע טעג נאָכאַנאַנד בוכשטעבליך ניט געגע־סענערהייט.

די קאָמפּאַניע האָט געװואוונען די קייס. דאַן האָט איינער פון איהרע לאָיערס מיט אַ פּאַרטנער זיך גענומען זוכען אַ טעאַ־טער פאַר איהר. ענדליך האָבען זיי געדונגען אַ קליינינקען טע־אַטערל אויף דער באַוערי, ניט װוייט פון גרענד סטריט. ער האָט געהייסען „נעשאָנעל טעאַטער". זיי האָבען איהם אָבער אַ נאָמען געגעבען „רומעניען אָפּעראַ־האום"—צום אָנדענקען נאָך דעם לאַנד, פון װועלכען די שוישפּילער זײַנען געקומען קיין אַמעריקאַ.

מאָגולעסקאָ איז געװוען דער קאָמיקער און דער מוזיק־מייס־טער פון דער קאָמפּאַניע, װועהרענד קעסלער און פייגמאַן זײַנען געװוען איהרע צװוויי דראַמאַטישע סטאַרס.

מאָגולעסקאָ'ס טאַלאַנט און זײַן פּערזענליכער צויבער האָט אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם לעבען אין דער אידישער טעאַטער װועלט. ער האָט דעם עולם בוכשטעבליך גענומען מיט שטורם.

381ווי מייסטע אידישע אַקטיאָרען פֿון יענער צײַט, איז ער פֿריהער געוועזן אַ משורר'ל. ער האָט געזונגען אַלס „אַלט" בײַ דעם באַרימטען חזן ניסע בעלזער, צו דער זעלבער צײַט ווען משה זילבערמאַן האָט בײַ דעם זעלבען חזן געזונגען אַלס טענאָר. ווען מאָגולעסקאָ האָט אָנגעהויבען צו שפילען — אין גאָלדפאַ־ דען'ס טרופע — האָט גלײַך מיט איהם גענומען קלינגען; און ווען ער איז געקומען קיין ניו יאָרק, איז זיין טאַלאַנט שוין געוועזן ענטוויקעלט.

צוליב איהם איז פלוצלונג פאַרגרעסערט געוואָרען דער אינ־ טערעס פון דער אידישער באַפעלקערונג אין דעם אידישען טעאַ־ טער בכלל. און צוליב איהם — דורך פייגענזאָן'ען — האָב איך אויך אָנגעהויבען אָפטער צו קומען צו אידישע פאָרשטעלונגען.

מאָגולעסקאָ'ס קאָמפּאַניע האָט אָנגעהויבען איהר סעזאָן מיט אָפערעטקעס, וועלכע מען פלעגט דאַן שפילען אויף אַלע שפּראַ־ כען: „פעריקאָלאָ" און „בלוי־באַרד". זיי האָבען אָבער אויך געשפילט אַ פּאָר זאַכען פון אידישע פאַרפאַסערס און פון דיזע האָט דעם גרעסטען ערפאָלג געהאַט שייקעוויטש'עס „קאָקעטע דאָמען". דאָס איז געוועזן אַ גאַנץ ביליגע שונד־מעשה פון דעם פאַרצײַטיגען שניט: אַ מעשה וועגען דער פרוי פון אַ פיינעם בעל־הבית, וועלכע פיהרט אַ ראָמאַן מיט אַ יונגען שאַרלאַטאַן. די פאַרהייראַטע קאָקעטע איז ניט נאָר צולאָזען, נאָר אויך אַ שלעכטע שטיף־מאַמע. זי פאַרטרײַבט פון שטוב איהר מאַן'ס טאָכטער פון אַן ערשטער פרוי. דעם שאַרלאַטאַן גיט מען אָפ פאַר אַ סאָלדאַט און ער ווערט פאַרשוואונדען. פילע יאָהרען שפעטער באַווײַזט ער זיך ווידער — אַלס אַן אַלטער, אויסגע־ דינטער סאָלדאַט, אַ שכּור. זיין אַמאָליגע געליבטע האָט אַן ערוואַקסענע טאָכטער און די מאַמע מיט דער טאָכטער קאָקע־ טעווען צוזאַמען (אַזוי ווי די מוטער און די טאָכטער אין גאָגאָל'ס „רעוויזאָר"). דער שכּור פאָדערט געלט, און ווען די דאַמע וויל איהם ניט געבען, באַווײַזט ער מיט אַ צעטעלע אַז איהר טאָכטער איז זיין קינד. דער פיינער בעל־הבית טרײַבט אַרוים אי זיין ווײַב, אי איהר טאָכטער.

אין דער פיעסע איז פאַראָן אַ „שפרינצע די מעקלערקע".

382שפרינצע קומט צו אַ דאָקטאָר, און דערבײַ זינגט זי קופּלעטען. די מעקלערקע דאַרף מען אין דער פיעסע האָבען, ווייל די פאַר־ טריבענע יתומה מוז געבאַך ווערען אַ דינסט־מיידעל און שפּרינ־ צע פאַרזאָרגט דינסט־מיידלאַך מיט שטעלען.

די ראָלע פון שפרינצע האָט געשפילט מאָגולעסקאָ, און כּל זמן שפרינצע איז געוועזן אויף דער ביהנע, פלעגט דער טעאַטער ניט אויפהערען צו שטורמען און צו דונערען. די ראָלע פון דעם יונגען שאַרלאַטאַן אין ערשטען אַקט, און די ראָלע פון אַלטען שכּור אין דעם לעצטען אַקט פלעגט אויך שפילען מאָגולעסקאָ. האָט מען אין אידישען קוואַרטאַל ניט אויפגעהערט צו ריידען וועגען די וואונדערען וואָס ער באַווײַזט, שפּילענדיג דרײַ ראָ־ לען אין איין פיעסע.

אַ געבאָרענער הויך־באַגאַבטער קינסטלער איז ער געוועזן, אָבער זיין פערזענליכער חן האָט געהאַט פּונקט אַזוי פיל צו טאָן מיט זיין ערפאָלג ווי זיין קראַפט אַלס אַרטיסט. ער האָט די טעאַטער באַזוכער פאַר'כשוף'ט — מיט זיין זינגען אַזוי גוט ווי מיט זיין שפּילען. זיין שטימע גופא פלעגט עלעקטריזירען זיינע צוהערער, אי בשעת ער האָט געזונגען, אי בשעת ער האָט גערעדט. חן איז אויך געלעגען אין זיינע מינעם און באַוועגונ־ גען. זיין יעדער קעהר איז דעם עולם ליב געווען.

די ערשטע פיעסע, אין וועלכער איך האָב איהם געזעהן, איז געווען „די קאָקעטע דאָמען". זיין טאַלאַנט און זיין חן האָבען די נאַרישע מעשה באַלויכטען מיט שטראַהלען פון אַ געטליכען פייער. פון יענעם אָוונט אָן ביז מאָגולעסקאָ'ס טויט, בין איך געווען איינער פון זיינע פאַרעהרער.

7
„טיסא עסלער". — „פּראָפעסאָר" הורוויץ. — פיינמאַן, דייוויד קעסלער. — „היסטאָרישע אָפּערעס". — אַ צווילינג פון אדעם.

אַ צווייטע פיעסע פון דיזער קאָמפּאַניע, וועלכע האָט געהאַט אַ גרויסען ערפאָלג, איז געווען „טיסא עסלער", פון „פּראָפעסאָר" 383הורוויץ. מיט עטליכע יאָהר פריהער איז אין דער אונגאַרישער שטעדטעל טיסא עסלאַר פאָרגעקומען אַן עלילת־דם געשיכטע, מיט וועלכער עס האָט געסאַקט די גאַנצע אידישע וועלם. אַ איד, אַ שמש פון אַ שוהל, איז אַרעסטירט געוואָרען אויף דער באַשולדיגונג, אַז ער האָט געקוילעט אַ קריסטליך קינד און געברויכט די בלוט אויף פּסח. די סענסאַציע איז געווען ספּעציעל גרויס דורך דעם, וואָס זיין אייגענער זוהן, מאָריץ, אַ אינגעל פון דרייצעהן יאָהר, איז געווען דער הויפט־עדות געגען איהם. מען האָט מאָריץ'ן אַריינגענומען אין טורמע, און דאָרטען האָט ער זיך „מודה געווען". ער האָט דערצײַלט מיט אייגצעלהייטען ווי זיין פאָטער האָט געקוילעט דעם קריסטליכען בּאַי, און ווי ער, מאָריץ, האָט דאָס אַליין געזעהן דורך דער לעכעל פון אַ טיר. עס איז געווען דייטליך, אַז מאָריץ'ן האָט מען „אָנגעסטראָיעט". דער אונשולדינער שמש איז ענדליך באַפרייט געוואָרען.

די פיעסע איז געווען צו לאַנג פאַר איין אָוונט; איז זי געווען צוטיילט אויף צוויי טיילען און איז געשפילט געוואָרען אין צוויי אָוונטען.

די ראָלע פון דעם שמש האָט געשפילט פיינמאַן און די ראָלע פון דעם אינגעל — מאָגולעסקאָ. „פּראָפעסאָר" הורוויץ האָט געשפילט דעם פאַרטיידיגער. מען האָט גלייך געקענט זעהן, אַז ער רעדט ניט לויט אַ געשריבענער ראָלע, נאָר אַז ער האַלט סתּם אַ רעדע. בײַ דרײַ פערטעל שטונדע האָט ער אָפּגערעדט. און וואָס ער האָט ער דאָרטען ניט אריינגעזאָגט! און אַלץ אויף „דייטשמעריש", נאַטירליך. דעם נעקסטען מאָל פלעגט ער האַלטען אַנאַנדער רעדע.

פיינמאַן איז געווען אַ יונגערמאַן מיט אַ שווער־קלינגענדער באַריטאָן שטימע. ער פלעגט זיינע ווערטער דעקלאַמירען אויף דעם אַלט־מעלאָדראַמאַטישען שטייגער, וועלכען דער עולם האָט דאַן ליב געהאַט — יעדענפאַלס מעהר ווי היינט.

די קאָמפּאַניע האָט אויך געשפילט „די צוויי קוני לעמעלס" און „שמענדריק", און אין ביידע פלעגט מאָגולעסקאָ אַרויסרופען שטורמען פון אַפּלאָדיסמענטען און געלעכטער.

384דייוויד קעסלער איז אויך געווען זעהר ערפאָלגרייך. עס איז אָבער געווען אַ גאַנץ אַנדער קעסלער ווי דער, וואָס איז געווען באַריהמט שפּעטער, ווען ער איז שוין געווען אין די מיטעלע יאָהרען. ער פלעגט שפּילען „העלדען"־ראָלען, ריידען מיט אַ „העלדען"־שטימע און טאַנצען מיט „העלדען"־פּיס. פון דעם טאַלאַנט, וואָס האָט זיך אין איהם ענטוויקעלט שפּעטער, איז דאַן ניט געווען קיין שפּור. אין יענע יאָהרען פלעג איך אייגפאַך ניט האָבען קיין געדולד צו איהם. אָבער דער טעאַטער עולם איז מיט מיר ניט געווען איינפאַרשטאַנען. מען האָט פון איהם געקוואָלען — ניט נאָר פרויען, נאָר מענער אויך.

אין דעם זומער פון 1888 האָב איך איהם אַמאָל געזעהן געהענדיג איבער איסט בראָדוויי — אַ הויכער, אַ שלאַנקער, מיט אַ הויכען קאַפעלוש, אין אַ לאַנגען ראָק און מיט אַ פראַנטען־ שטעקעלע אין האַנט. איך האָב זיך אָפּגעשטעלט קוקען, ניט אַזוי אויף איהם, ווי אויף דעם קראָוד, וואָס איז איהם נאָכגע־ לאָפען — אייניגע מיט שיינענדיגע פּנים'ער, מיט שמייכלען, אין וועלכע עס האָט זיך געשפּינגעלט באַצויבערונג; אַנדערע — מיט אַן אויסדרוק פון עהרפורכט אויף זייערע געזיכטער.

צוויי שילער מינע, אַן אָדעסער צווילינג, עהנליך איינער צום אנדערען ווי צוויי טראָפּענס וואַסער, און בײַדע שעהנע יונגען, זיי־ נען אַמאָל צוגעשטאַנען צו מיר אַז איך זאָל מיט זיי געהן זעהן ווי קעסלער שפּילט די העלדען־ראָלע אין אַ געוויסער „היסטאָרישער אָפּערא".

דיזע „היסטאָרישע אָפּערעס" זיינען געווען אַן „ערפינדונג" פון „פּראָפעסאָר" הירוויץ, און זיי האָבען דערגרייכט די נידעריג־ סטע מדרגות פון אונזין און געשמאַקלאָזיגקייט, צו וועלכע דער אידישער טעאַטער איז ווען עס איז דערגאַנגען. אַזוי ווי מאָגולעס־ קאָ האָט אין יענער פיעסע געהאַט אַ קליינע ראָלע, האָב איך אויף זייער איינלאַדונג געזאָגט אַ תּירוץ. עס האָט אָבער ניט געהאָלפען. זיי האָבען זיך אַזוי געבעטען, אַז איך האָב געמוזט געהן.

קעסלער איז אַרויסגעקומען אויף דער ביהנע אַלס אַ „פּרינץ". ער האָט געטראָגען אַ „שפּאַנישען" הוט מיט אַ גרינעם פעדער, און 385אַ קאָסטיום עפּעס פון מיטעלאַלטער. ער האָט אַרומגעשפּרייזט מיט „פּרינצישע" טריט, דעקלאַמירט „פּראָפעסאָר" הורוויץ'עס „מליצה" מיט אַ „פּרינצישען" נגון, און דער עולם האָט זיך גע־ שמאַלצען אין נחת.

איינער פון דעם צווילינג האָט אין דער צייט פון דער פאָר־ שטעלונג עטליכע מאָל מיר אַריינגעקוקט אין די אויגען, און צו־ קערדיג געפרעגט ווי מיר געפעלט.

איך האָב איהם ניט געוואָלט צושטערען זיין פאַרגעניגען, האָב איך געענטפערט אַז איך וועל איהם זאָגען מאָרגען, ביים לעסאָן. אויף מאָרגען, ווען איך בין צו זיי געקומען, האָבען מיר זיך צום ביכעל ניט צוגעריהרט. מיר האָבען די גאַנצע שטונדע אָפּגערעדט וועגען קעסלער'ן. איך האָב ערקלערט און ערקלערט; ס'איז אָבער געווען אומזיסט די מיה! זיי האָבען אַלץ געשריען: „ער איז דאָך אַזוי שעהן, אַזוי שעהן! און די גרינע פעדער, ווי שעהן זי פּאַסט איהם!"

ווען איך פלעג קריטיקירען די אידישע שוישפילער, אין פּרי־ וואַט געשפּרעכען, פלעג איך זיך אויסדריקען, אַז זיי דעקלאַמירען מיט'ן מויל און מיט די פּיס. וועגען מאָגולעסקאָ'ן פלעג איך דאָס ניט זאָגען. ער האָט זעלטען דעקלאַמירט. ער פלעגט זיך אַריינ־ לעבען אין זיין ראָלע און מייסטענס ריידען מיט אַ נאַטירליכען טאָן.

8
הורוויציזם. — טעאַטער קאָנקורענץ. — אברהם גאָלד־ פאַדען.

וואָס איך האָב געזאָגט וועגען די „היסטאָרישע אָפּערעס", קען אויך געהן אויף דעם אידישען טעאַטער אין אַלגעמיין. דאָס איז געווען דער נידעריגסטער צושטאַנד, אין וועלכען ער האָט זיך ווען עס איז געפונען. וואָס מען זאָל ניט זאָגען וועגען גאָלדפאַדען'ס ווערק און גאָלדפאַדען'ס אייגפלוס — טאַלאַנט האָט ער געוויס געהאַט, און זיין טעאַטער איז יעדענפאַלס צו אַזאַ באַלאַגאַן־מישעניגע ניט דערגאַנגען. מאָגולעסקאָ'ס טאַלאַנט 386און ביהנע־חן פלעגט פון דיזער „באַלאַגאַנשטשינע" אַרויסשיינען ווי אַ דימענט פון אַ זומפּ.

יאָזעף ליטיגער האָט מיט הורוויץ'ן קאָנקורירט, און עס זיינען געווען צייטען, ווען ליטיגער'ס אַ פיעסע איז געגאַנגען פילע וואָכען און האָט דער אָריענטאַל קאָמפּאַניע אַריינגעבראַכט גרויסע סומען, ווערהענד הורוויץ'עס פיעסען זיינען דורכגעפאַלען. און דאָך איז הורוויץ געווען די ליטענדע פיגור אין דער אידישער טעאַטער וועלט און דער הורוויציזם איז געווען דער ליטענדער גייסט אין איהר. אום צו באַקומען אַ באַגריף וועגען דיזען קאַפּיטעל פון דער אידישער טעאַטער געשיכטע, מוז מען צוערשט האָבען אַ באַגריף וועגען דער פּערזאָן, וועלכע האָט אין איהם געשפּילט דיזע הערשענדע ראָלע.

הורוויץ'ס עלטערן זיינען געווען פון גאַליציע. די פאַמיליע האָט אָבער עמיגרירט קיין רומעניע, וואו זיין פּאָטער איז געווען אַ מלמד. דאָרטען האָט דער אינגערער הורוויץ אָנגעפאַנגען זיין טעאַטער קאַריערע. זיין פריהערדינער לעבען איז גענוי ניט באַקאַנט. עס איז געווען אַלגעמיין אָנגענומען, אַז ער האָט זיך גע'שמד'ט; מען האָט געזאָגט, אַז ער איז געווען אַ מיסיאָנער, און אייניגע פון די אַקטיאָרען (ווייגבלאַט, צום ביישפּיל) פלעגען איהם אין די אויגען רופען „פּראָפעסאָר משומד". ער פלעגט דאָס איהם, נאַטירליך, רופען אין אַ טאָן פון שפּאַס, אָבער אי ווייגבלאַט אי די אַנדערע שוישפּילער זיינען געווען זיכער, אַז דער טיטול „משומד" איז געגרינדעט אויף אַן אמת.

ער האָט געקענט העברעאיש און דייטש, און זיין אידיש איז געווען שטאַרק באַדייטשט. אַז ער האָט געהאַט פעהיגקייטען, האָט קיינער ניט געקענט צווייפלען, און אַז ער האָט געהאַט ענערגיע — אודאי ניט. אַ פּלאַקער פון ענערגיע און אונטער־ נעמונגס־גייסט איז דאָס געווען! און אַלס אַוואַנטוריסט האָט ער צו זיך קיין גלייכען ניט געהאַט.

לעאָן בלאַנק האָט איהם אין די אַכציגער יאָהרען אַמאָל געזעהן איז אַ רומענישע שטעדטעל — אַן אָפּגעריסענעם, אַ פאַרוואַקסענעם, מיט אַ ניט־געשאָרענער באָרד, מיט אַ גרויסע 387לאַך אין אַרבעל, און מיט צודרעהטע, צוריסענע שיך. אין עטליכע טעג אַרום איז ער שוין געווען אויסגעפּוצט, אַרומגעאַלט און אויסגעפּראַנטעוועט ווי אַ רייכער פּריץ.

אין די עטליכע טעג האָט ער אויפגעשטשאַבעט אַ קנאַקעדיגע פיעסע, געקראָגען אַ אידען מיט אַ געלט, און די מויערען פון דער שטעדטעל זיינען פאַרקלעפּט געוואָרען מיט אַפישען, מיט זיין נאָמען אין גרויסע בוכשטאַבען.

„פּראָפעסאָר מ. איש הורוויץ הלוי" — אַנדערש פלעגט ער זיך ניט רופען. ווער עס האָט איהם געגעבען דעם טיטול „פּראָפעסאָר", האָט מען ניט געפרעגט. דאָס איז שוין געווען אַ קלייניגקייט.

ער האָט געהאַט אַ ליידענשאַפט צו קעררידזשעס מיט טייערע פּערד, אויף דעם איראָפּעאַישען פּריצישען שטייגער. עס פלעגט טרעפען, אַז נעכטען האָט ער ניט געהאַט וואָס צו עסען, און היינט זעהט מען איהם שוין אין אַ קעררידזש מיט פיער פּערד און אַ לאַקעי אין אַ ליווערעיע, מיט גילדערנע באַפּוצונגען. ער האָט אַמאָל בײַ זיינער אַ דינסט געבאָרגט פינף הונדערט דאָלאַר און געקויפט אַ פּערד מיט אַ קעררידזש.

עס זיינען געווען צייטען, ווען זיין טעאַטער האָט צוגעלייגט געלט, און די אַקטיאָרען האָבען געליטען הונגער, און ער פלעגט זיצען הינטער אַ קוטשער מיט בלישטשענדע קנעפּ און גאָלד־ בענדער אַרום דעם קראַגען און די אַרבעל, און פאָהרען דורך די גאַסען פון ניו יאָרק ווי אַ רומענישער גראַף.

דעם אינהאַלט פון זיינע פיעסען פלעגט ער מייסטענס נעמען פון דייטשע טעאַטער־שטיק אָדער ראָמאַנען, פון שונד־ווערק פון פאַרשידענע צייטען און פאָרמען. אָדער אַז ניט, פלעגט ער נעמען אַ קאַפּיטעל העברעאישע געשיכטע און דאָס צוזאַמען־ שטשאַבען מיט אַ שונד־מעשה און צוגעבען אייגענע שאַרלאַ־ טאַנסקע איינצעלהייטען. וועגען טאָלס, וועגען לאָגיק, וועגען פּראָפּאָרציע האָט ער זיך קיינמאָל ניט געזאָרגט.

זיין הויפט קאָנקורענט, יאָזעף ליטינער, פלעגט אויך נעמען זיינע סוזשעטען פון פאַרטיגע ווערק, אָבער ער פלעגט זיך ווייניגסטענס געבען מיה זיי צו באַארבייטען לויט זיין פאַרשטאַנד.

388הורוויץ האָט זיך אפילו ניט געוואָלט נעמען קיין צייט דערצו. כּמעט איבער נאַכט פלעגט ער „אויסבאַקען" אַ פיעסע. אַמאָל פלעגט טרעפען, אַז אין דעם אָוונט ווען די דראַמע האָט געדאַרפט אויפגעפיהרט ווערען, איז זי נאָך ניט געווען פאַרטיג. עס פעלט נאָך אַן אַקט אָדער אַן אַקט־און־אַ־האַלב. דאָס האָט איהם אָבער ניט געקימערט. „נעוועד מיינד! — פלעגט ער זאָגען צו די שוישפּילער — שטעלט! מיר וועלען שוין זעהן". און אַנשטאָט אַ פערטען אַקט, פלעגט ער אַרויפגעהן אויף דער ביהנע, אָנגעטאָן ווי אַ טערקישער סולטאַן, צום ביישפּיל, און פלעגט ריידען און טענה'ן אויף וואָס די וועלט שטעהט.

דער לעזער וועט וועט פרעגען: וואו האָבען אָבער די אַנדערע שוישפּילער גענומען ווערטער צום ריידען? פלעגט הורוויץ זיך אזאַ עצה געבען: אַ מינוט פאַר דעם ווי דער פאָרהאַנג הויבט זיך אויף, זאָגט ער צו ווייגבלאַט'ען: „וואָס איך וועל ניט זאָגען, זאָלסטו צושאַקלען מיט'ן קאָפּ".

ער, הורוויץ, איז דער טערקישער סולטאַן און ווייגבלאַט איז דער שני למלך. דער טערקישער סולטאַן רעדט, און דער שני למלך שאָקעלט מיט'ן קאָפּ, און דער עולם האָט הנאה.

הורוויץ האָט דער ערשטער אייגעפיהרט אידישע מאַטינעע פאָרשטעלונגען. דער טעאַטער עולם איז דאַן געווען אַזוי אונוויסענד און אַזוי ווייניג צוגעוואואינט צו אַזעלכע זאַכען, אַז ווייבער האָבען אַ לאַנגע צייט ניט געוואואסט וואָס „מאַטינעע" הייסט. די פאָלגענדע פאַסירונג איז ניט קיין אויסגעקלערטע, נאָר אַ פאַקט: אַ אידענע איז אַריינגעקומען קויפען טיקעטס אויף שבת און געפרעגט:

„וואָרום שפּילט איהר די דריטע וואָך דיזעלבע פיעסע?"

עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז זי האָט געמיינט דאָס „מאַטינעע" איז דער נאָמען פון דער פיעסע.

הורוויץ'ס הויפט קאָנקורענט איז, אַלזאָ, געווען יאָזעף ליטינער. עס איז פאַרשפּרייט אַן איינדרוק, אַז ליטינער האָט 389גענומען שרייבען פיעסען אין אַמעריקאַ. דאָס איז אַ טעות. עס איז אמת, אַז ער איז געקומען קיין אַמעריקאַ פון לאָנדאָן, און אַז אין לאָנדאָן האָט ער געאַרבייט אַלס באַרבער. ער האָט אָבער געשריבען פיעסען איידער ער איז געקומען קיין לאָנדאָן, ווען ער האָט נאָך געוואואינט אין רומעניען, וואו ער איז געווען אַ לעהרער. עס איז אַ פאַקט, אַז ער האָט פאַרפאַסט אַ פיעסע מיט דעם סוזשעט פון „שולמית" איידער גאָלדפאַדען האָט זיין „שולמית" געשריבען. בײַ איהם האָט זי געהייסען „די ליבע פון ירושלים". דאָס הייסט אָבער ניט, אַז דאָס איז געווען אַן אָריגינעלע ווערק. איהם האָט דערצו געדינט מאַפּו'ס ווערק „אהבת ציון". דערנאָך האָט גאָלדפאַדען געשריבען זיין „שולמית", וועלכע איז אַ פיל טאַלאַנטפולערע ווערק.

די קאָנקורענץ צווישען די צוויי טעאַטערס און די קאָנקורענץ צווישען די צוויי שרייבער מיט זייערע פּאַטריאָטען־מחנות האָט זיך פאַנאַנדערגעברענט. זי האָט אָנגענומען אַזעלכע ווילדע פאָרמען, ווי די אידישע דראַמאַטישע ליטעראַטור פון יענער צייט. די געגענזייטיגע אַטאַקעס פלעגען אַמאָל געפיהרט ווערען אויף דער ביהנע גופא. צווישען די אַקטען פלעגט אַרויסקומען אַ מענעדזשער אָדער אַ שוישפּילער און נעמען באַמבאַרדירען דעם געגענזייטיגען טעאַטער; אָפט פלעגט מען דאָס טאָן אויף אַנאַנדער אָרט: מען פלעגט אַריינשטעלען ספּעציעלע פּערזאָן אין די קופּלעטען, וואָס מען פלעגט זינגען צווישען די אַקטען — קופּלעטען מיט זידלערייען אויף די קאָנקורענטען. אַמאָל פלעגט מען זאָגאַר עטליכע ווערטער אַזעלכע אַריינשטעלען אין דער פיעסע גופא.

אַ געוויסער טייל פון דעם עולם פלעגט נאָכפאָלגען דיזע וואָרט־מלחמות צווישען די צוויי ביהנעס מיט גרויס אינטערעס.

אברהם גאָלדפאַדען איז אויך אַריבערגעקומען, אָבער קיין סך נחת האָט ער דאָ ניט געהאַט. צו אַ טעאַטער זיך צושלאַגען איז איהם געווען שווער, און ווען ער האָט דאָ געפּרופט שרייבען נייע פיעסען, האָט זיין טאַלאַנט איהם ניט געקענט דינען. דער 390אַמעריקאַנער טעאַטער מאַרק האָט געפאָדערט אַ גאַנץ אַנדערען סאָרט סחורה.

איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען אין דעם אָפיס פון דעם „פאָלקס־אַדוואָקאַט", אַ אידישע וואָכען־בלאַט, וועלכע האָט זיך געהאַט געגרינדעט מיט אַ קורצער צייט צוריק, מיט געצעל זעליקאָוויטש'ן אַלס רעדאַקטאָר און מיט דעם אויבען־דערמאָנטען שור און אַן איינעם מיכאיל מינץ (אַ ברודער פון מאָזעם מינץ) אַלס פּאָבלישערס. איך פלעג אַריינקומען אַהין, און אַ פּאָר מאָל האָב איך פאַר דער צייטונג געשריבען. גאָלדפאַדען פלעגט פאַר זיך באַקלאָגען אויף די ניו יאָרקער אידישע טעאַטערס, אַז מען באַצאָלט איהם ניט קיין „ראָיאַלטיס" פאַר זיינע פיעסען. ער האָט שאַרף קריטיקירט הורוויץ'ען און לי־ טינער'ען און די שוישפּילער. די שוישפּילער פלעגט ער אָנ־ רופען מיט זייערע ערשטע נעמען („דוד'ל", „משה'לע"), ווי ער איז געוואואינט געווען זיי צו רופען אין רוסלאַנד, ווען זיי זיינען צו איהם אָנגעקומען זיך לערנען די „מלאכה". ער פלעגט אָפט געברויכען אַ וואָרט וואָס מען קען ניט דרוקען. ער האָט גע־ רעדט מיט הומאָר, דאָס רוב מיט אַ שמייכעל. אין רומעניען און אין רוסלאַנד פלעגט ער אויף זיי קוקען ווי אַ בעל־הבית קוקט אויף זיינע משרתים. ער האָט זיי אַלעמען „פאַר מענ־ שען געמאַכט", ווי ער פלעגט זיך אויסדריקען. דאָס רוב פון זיי זיינען צו איהם געקומען פון דער טיפסטער אָרימקייט און אונוויסענהייט. פריהער זיינען זיי געווען משוררים'לעך, זינגער־ לעך בײַ חזנים אָדער אין די אָדעסער ווײַן־קעלערען. אין זיין טרופע האָבען עטליכע פון זיי באַקומען נעמען און ער פלעגט פאַר מיר טענה'ן, אַז זיי זיינען אונדאַנקבאַר, אַז זיי געדענקען ניט „ווער עס האָט זיי פאַר מענשען געמאַכט".

ווען איך דערמאָן זיך איצט וואָס פאַר אַן איינדרוק ער האָט אויף מיר געמאַכט, דערמאָן איך זיך ווי שטאַרק עס האָט זיך אין איהם געפיהלט דער אידישער אַקטיאָר פון יענע צייטען. אַליין האָט ער זעלטען געשפּילט. דער אַקטיאָרישער איינפלוס האָט זיך אָבער געשפּיגעלט אין זיין ריידען און אין זיינע מאַניערען. עס 391האָט זיך אָבער אויך געפיהלט זיין טאַלאַנט. אין אַ שמועס איז ער געווען גייסטרייך און אינטערעסאַנט.

9
אַ סאַלון־קיפּער. — „דוד'ם הארף". — טהאָמאַשעוואָסקי, אדלער, שעהנגאָלד. — רודאָלף מאַרקס.

אין 33 קאַנעל סטריט, צווישען עסעקס און לאָדלאָו, האָט אַ איד מיט'ן נאָמען שרייבער געהאַלטען אַ סאַלון, און דאָרטען איז געווען דער מיטעל־פּונקט פון דער דאָמאָלסדינגער טעאַטער־ וועלט.

אויב דער לעזער געדענקסט די סצענע אין וואָגאָן, ווען איך בין אָפּגעפאָהרען פון קיעוו, געדענקסט ער אויך דעם שעהנעם יונגען מאַן מיט דער בלאָנדער באָרד, וועמען פריינד האָבען באַגלייט מיט געזאַנג און מיט ווײַן. דאַן האָב איך וועגען איהם קיין באַגריף ניט געהאַט און זיין נאָמען ניט געוואואסט. איך האָב איהם גע־ אורטיילט לויט דעם איינדרוק, וואָס ער האָט אויף מיר געמאַכט אונבאַקאַנטערהייט.

אין יענעם היסטאָרישען שבת־צו־נאַכט, אונטער דער וויר־ קונג פון דער אונפאַרגעסליכער סצענע, און ספּעציעל אונטער דער ווירקונג פון די געזאַנג און די צו־ווײַנשונגען, פון וועלכע ער איז געווען די צענטער־פיגור, האָט ער זיך מיר פאָרגעשטעלט מיט פּאָעטישע פאַרבען. איך בין געווען זיכער, אַז ער איז אַ למדן אַ משכּיל, און אַ אידעאַליסט.

ער איז אויך געפאָהרען קיין ניו יאָרק. אין ניו יאָרק האָב איך שפּעטער זיך דערוואואסט, אַז ער האַלט אַ סאַלון.

ער איז ניט געווען קיין למדן, ניט קיין משכּיל און ניט קיין אידעאַליסט.

דאָס איז געווען דער מיסטער שרייבער, בײַ וועמען עס פלעגען זיך צונויפקומען אידישע אַקטיאָרען און זייערע אָנהענגער (דעם וואָרט „פּאַטריאָטען" האָט מען נאָך דאַן ניט געהאַט „ענטדעקט").

392די וואָס האָבען איהם געקענט האָבען מיר געזאָגט, אַז ער איז אין די „פיר איילען" פון אַ למדן אָדער משכּיל קיין מאָל ניט געשטאַנען; אַז ער איז אַ איד אַן עם הארץ — אַ פּאָלשטמענ־ דיגער.

איך בין ביטער ענטוישט געוואָרען. איך בין געווען אין כּעס אויף זיך אַליין, פאַרוואָס איך האָב וועגען איהם באַקומען אַזאַ פאַלשען איינדרוק. און אויף איהם בין איך געווען מלא רציחה, אַזוי ווי ער וואָלט מיר יענעם שבת־צו־נאַכט באַשווינדעלט. יעדעס מאָל וואָס איך פלעג איהם באַגעגענען אויפ'ן גאַס, אָדער זעהן איהם בײַ דער טיר פון זיין סאַלון, פלעג איך האָבען דיזען געפיהל. נאַדיר אַ למדן! נאַדיר אַ משכּיל, אַ אידעאַליסט!

שפּעטער האָב איך זיך וועגען איהם דערוואואסט, אַז ער איז אַ גוט־הערציגער און אַ קלוגער. אין קיעוו, וואו ער האָט גע־ האַנדעלט מיט לימענעס (לעמאָנס, ציטראָנען), האָבען איהם אַלע געקענט פאַר אַן עהרליכען מאַן. און אַזוי ווי ער איז געווען אַ קלוגער און אַ גוטער, האָט ער דאָרטען געהאַט אַ סך פריינד. דאָ אין ניו יאָרק האָט ער זיך אויך ערוואָרבען אַ מאַסע גוטע ברידער. דורך דעם, און דורך זיין פּראַקטישען שכל, איז ער אין אַ קורצער צייט געוואָרען אַ וויכטיגע פיגור אין דער אידישער לאָדזשען וועלט. ער איז געווען פּרעזידענט אין אַ פּאָר צעהנדליג לאָדזשען, און איז געוואָרען די „מיניסטערסקע קאָפּ" פון דער אידישער טעאַטער־פּאָליטיק. פון די אַקטיאָרען גופא האָט זיין סאַלון גאָרניט געהאַט. פאַרקערט, זיי האָבען איהם שטענדיג גע־ קאָסט אַ סך. וואָרים מיט זיין „פּרי לאָנטש" האָט זיך געשפּייזט יעדער פון זיי וואָס האָבען ניט געהאַט וואָס צו עסען, און פון זיין טיש־קעסטעל פלעגט ער זיי נאָך באַזאָרגען מיט קליין־געלט.

זיין גוט־הערציגקייט, היימישע עהרליכקייט און שכל האָבען זיך יענעם אונפאַרגעסליכען שבת־צו־נאַכט מסתּמא אָפּגעשפּיגעלט אויף זיין שעהנעם פּנים. דעריבער האָט ער דאָס מיר אויס־ געזעהן אַזוי אינטערעסאַנט און סימפּאַטיש.

אונטער אַמעריקאַנער אומשטענדען האָט פילעם אין איהם אָנגענומען אַ נײַעם כאַראַקטער.

ער און „פּראָפעסאָר" הורוויץ זיינען דאָ געוואָרען נאָהענטע 393פריינד. זיי האָבען געהערט צו די זעלבע לאַדזשען, און אין די "פּאָליטישע" נײַעם פון די אידישע טעאַטערס פלעגט מען זייערע נעמען אָפט הערען צוזאַמען.

דער סענסאַציאָנעלסטער שטאַפּעל אין הורווויץ'עס קאַריערע איז דערגרייכט געוואָרען ווען ער האָט געגרינדעט "דוד'ם האַרף", אַ געזעלשאַפט, אין וועלכער די ביזנעם פון אָן אָרדען מיט לאַדזשעם האָט געזאָלט זיין פאַראייניגט מיט טעאַטער ביזנעם. דאָם איז געווען אַ מאָדנער "פּעטענט": דער מעמבער האָט איינגעצאָהלט צוויי דאָלאַר, און דערפאַר האָט ער, ערשטענס, באַקומען זיינע צוויי דאָלאַר צוריק, און אַלם צוגאַב—דרייערליי "בענעפיטם": זיבען דאָלאַר אַ וואָך, אויב ער ווערט קראַנק, 500 דאָלאַר אויף נדן פאַר זיין טאָכטער, ווען זי האָט חתונה, און 500 דאָלאַר פאַר זיין פרוי, ווען ער שטאַרבט.

די צוויי דאָלאַר באַקומט דער מעמבער ניט אין קעש, נאָר מיט טעאַטער טיקעטם פון דעם הורווויץ טעאַטער.

דער וואָם גלויבט ניט אין קיין נסים, וואָלט געפרעגט: פון וואַנען וועט זיך נעמען די געלט אויף אויסצוצאָהלען די אַלע בענעפיטם? אַנשטאַט אַן ענטפער אויף אַזאַ קשיה, האָט הורווויץ געגעבען אַ קאָמיטע. די דאָזיגע קאָמיטע, מיט פּראָפעסאָר מ. אייש הורווויץ הלוי אַלם פיהרער, און באַגלייט מיט אַ טעאַטער קאָר, פלעגט געהן פון לאַדזש צו לאַדזש. אומעטום האָט דער פּראָפעסאָר געהאַלטען אַ דייטשע רעדע וועגען דוד'ן מיט זיין געט־ליכער האַרף, וועלכע וועט פאַר צוויי דאָלאַר אַ וואָך יעדען מעמ־בער געבען פאַר צוויי דאָלאַר טיקעטם און דרייערליי בענעפיטם אַ צוגאַב. נאָך דער רעדע פלעגט דער כאָר זינגען אַ קאַפּיטעל תהלים וועגען דוד'ן און זיין האַרף.

דער עולם איז אומעטום אַזוי באַגייסטערט געוואָרען, אַז מען האָט ניט געפרעגט קיין קשיות, און צוויי דאָלאַרדיגע זיינען געפאַלען ווי שניי.

טויזענטער און טויזענטער מיטגלידער האָבען זיך פאַר־שריבען. אַן אוצר מיט גאָלד איז אַריינגעקומען אין דער קאַסע.

394שרייבער איז געווען הורווויץ'עס שני למלך און הויפּט־מיניסטער אין דעם "סקים".

אַלם אַ ספּעציעלען פּובליסיטי־מיטעל האָט הורווויץ אויס־געקלערט אַ "האַרף אָװו דייווויד פּאַראַד" — אַ גרויסע פּראָצעסיע מיט פּערד, מוזיק, לענטעם און פאָהנען לכבוד דעם נייעם אָרדען. וועגען דעם קומענדען פּאַראַד האָט מען אומעטום אַנאָנסירט ווי וועגען אַ גרויסען פּאָלקס יום־טוב. הורווויץ האָט געהאַלטען רעדעם, דער כאָר האָט געזונגען, און צעהנדליגע הורווויץ־"פּאַטריאָטען" האָבען אַדווערטייזט די גליקען, וועלכע ער גאַראַנ־טירט יעדען מיטגליד פון דעם נייעם אָרדען. וואו מען איז געשטאַנען און וואו מען איז געגאַנגען, האָט מען געהערט וועגען דעם קומענדען פּאַראַד.

ווען איך האָב וועגען דעם דערצעהלט אַ באַקאַנטען אַמע־ריקאַנער זשורנאַליסט, האָט ער מיך געבעטען איהם צו נעמען אויף קאַנעל סטריט, ווען דער פּאַראַד וועט דאָרטען דורכגעהן.

אין דער אַנאָנסירטער צייט זיינען מיר אָנגעקומען אויף קאַנעל סטריט, פּונקט אַנטקעגען שרייבער'ם סאַלאָן, וואָרים דאָרטען האָט באַדאַרפט זיין דעם פּאַראַד'ם וויכטיגסטער פּונקט. ביידע סיידוואָקם זיינען שוין געווען געפּאַקט מיט מענשען. מיר האָבען זיך קוים צוגעשטופּט צו אַ פּלאַץ, פון וועלכען מען האָט געקענט זעהן די פּראָצעסיע.

באַלד האָבען זיך דערהערט די קלאַנגען פון טרומייטען, און די שטימען פון אַ כאָר. איך געדענק דעם מאַרש, מיט דעם געפילדער, מיט דער אויפרעגונג. אין דער ערשטער רייהע, באַגריסט מיט דונערענדע הורראַם און אַפּלאָדיסמענטען, האָט מען געפיהרט אונטער די הענט דעם "פּראָפעסאָר" אַליין—אַ דיקלעכער, מיט שוואַרצע האָר, מיט אַ שוואַרצע "שפּאַנישע בערדעלע", אין אַ הויכען קאַפּעלוש, מיט אַ גרויסע ברוינע לענטע איבער'ן ברוסט; און נעקסט צו איהם, אויך אין אַ קאַפּעלוש, און אויך מיט אַ גרויסער לענטע, האָט מען געפיהרט זיין הויפּט־מיניסטער, שרייבער'ן, דעם סאַלאָן־קיפּער.

איך זאָג, אַז מען האָט זיי געפיהרט, און אפשר האָבען זיי געריטען. פון דעם געפילדער און דער מישעגינע איז די סצענע 395אין מיין זכרון אפשר פאַרפלאַנטערט אַביסעל. אַז עם זיינען געווען רייטער אין דער פּראָצעסיע — דאָם געדענק איך קלאָר. אייניגע פון די אַנדערע, וואָם האָבען געזעהן דעם מאַרש, זאָגען מיר, אַז הורווויץ מיט שרייבער'ן זיינען געזעסען אויף פּערד. אַנדערע גערענקען אויך, אַז מען האָט זיי געפיהרט אונטער די הענט. איך בין זיכער, אַז פאַרבי דעם סאַלאָן, וויי־ניגסטענס, האָבען זיי פאַרבי־געשפּרייזט, מיט אונטערפיהרער פון ביידע זייטען, ווי שטאָלצע פּרינצען אַזיאַטישע.

אַז די סצענע האָט אויף מיך געמאַכט אַן עקעלהאַפטען איינדרוק און אַז איך בין פון איהר אַוועק אַ נידערגעשלאָגענער — דאָם געדענק איך אויך.

"אָט דאָם ווילען די מאַסען! — האָב איך זיך געקלערט. די וואָולגאַרסטע פאַרמע פון אַמעריקאַנער פרייהייט — אָט דאָם נעמט זיי! צו וואָם דאַרפען זיי סאָציאַליסטישע רעדנער? טאָמאַני פּאָליטישענס און הורווויצעם — אָט אַזעלכע רעדנער דאַרפען זיי!"

"דוד'ם האַרף" האָט עקזיסטירט עטלאַכע מאָנאַטען. הורווויץ האָט זיך גענומען אַ טעאַטער, געקויפט זיך אַ הויז, אַ פּאָר פערד פאַר פופצעהן הונדערט דאָלאַר און — די גאַנצע געשיכטע האָט געפּלאַצט. די וואָם האָבען געגעבען די צוויי־דאָלאַרדיגע, האָבען געשריען, געסטראַשעט. זיי זיינען אָבער געווען מאַכטלאָז.

איך האָב ווידער אויפגעהערט צו געהן אין אידישען טעאַטער. איך פלעג הערען וואָם פאַר סאָרטען פּיעסען מען שפּילט. און פון דעם וואָם איך האָב געהערט, האָט זיך מיין אידישער טעאַטער אַפּעטיט ניט אומגעקערט. אפילו מאָגולעסקאָ האָט מיך אויפ־געהערט צו אינטערעסירען.

באָריס טהאָמאַשעווסקי'ן האָבען מיר איבערגעלאָזען אין דער צייט ווען ער פלעגט שפּילען מיידעל־ראָלען און איז געווען דער וויכטיגסטער "סטאַר" און "פּרימאַדאָנאַ". דאָם איז די "פּאַר־היסטאָרישע" צייט פון דעם אידישען טעאַטער אין אמעריקא — די צייט, ווען איך בין געווען אַ באָרדער ביי טהאָמאַשעווסקי'ם מוטער. אויף עטליכע יאָהר איז ער פאַרשוואואונדען פון ניו יאָרק.

396ער האָט געשפּילט אין שיקאַגאָ. אָבער מיט אַזעלכע איינצעל־הייטען פון די אידישע טעאַטער־נייעם בין איך דאַן ניט געווען באַקאַנט. פּלוצלונג האָב איך אָנגעהויבען זעהן זיין נאָמען און זיין פּאָרטרעט אויף גרויסע אַפישען. ער איז דאַן אַלט געווען אַ יאָהר 22, אַ בילד־שעהנער, אַ בליהענדער יונג, מיט אַ נעראָ־טענער פיגור, אַ הויכע און אַ קרעפטיגע.

אין דיזע יאָהרען פון "היסטאָרישע אָפּעראַם" און "ביבלישע פּרינצען" איז ער געווען פּונקט אויפ'ן פּלאַץ. קיין שעהנערען פּרינץ ווי ער האָט מען זיך ניט געקענט פאָרשטעלען. אַ ביבלישער פּרינץ "מוז" טראָגען קורצע הויזלאַך (כדי די פרויען, וואָם קומען אין טעאַטער, זאָלען זעהן זיינע נאַקעטע פים העכער ווי די קני); און טהאָמאַשעווסקי האָט געהאַט די שעהנסטע פּאָר פים אויף דער אידישער ביהנע. אַלזאָ, איז ער געוואָרען דער ליבלינג ביים עולם, הויפּטזעכ־ליך ביי די פרויען. מיידלאַך פלעגען אָפּשפּאָרען פון דאָם נויטיגסטע און קויפען אַ טיקעט צו אַ פּיעסע, אין וועלכער זיי וועלען זעהן טהאָמאַשעווסקי'ן. זיי פלעגען זיך אָנזאָגען איינע די אַנדערע, אַז אין דער און דער ראָלע איז ער ספּעצ על נאַקעט און ספּעציעל שעהן. זיי פלעגען שטודירען יעדען ווינקעל, וואו ער שטעהט, און ווי אַזוי ער שטעהט און וואָם פאַר אַ סיט עם איז דער בעסטער פאַר דיזער פּיעסע. אמעריקאַנער דאַמען האָבען זייערע "מאַטיני איידאָלם" — אַקטיאָרען־פראַנטען מיט שעהנע מענערשע פיגורען, עלעגאַנטע קליידער און אַריסטאָקראַטישע מאַניערען, וואָם זיי ווייזען אַרוים אויף דער ביהנע. די אמעריקאַנער דאַמען קוועלען קוקענדיג אויף זיי. ביי די איסט סיידער דאַמען און מיידלעך איז באָריס טהאָמאַשעווסקי געווען דער "מאַטיני איידאָל".

אין יענער טייל פון זיין קאַריערע האָב איך איהם אויף דער ביהנע קיינמאָל ניט געזעהן. די איסט סייד איז אָבער געווען פול מיט באַריכטען; וועגען איהם און זיין ערפאָלג, און די באַריכטען פלעגען צו מיר אָנקומען. ווער פון די עלטערע ניו יאָרקער אידען געדענקט דאָם ניט, ווי עם האָט זיך גערודערט מיט באָריס טהאָמאַשעווסקי'ן אין דער ראָלע פון "אלכסנדר, דער פּרינץ פון ירושלים"?

397ער איז קעסלער'ן געוואָרען אַ געפעהרליכער קאָנקורענט.

אין שפּעטערע יאָהרען האָט די אידישע ביהנע געמאַכט פאָרטשריט אַ דאַנק די וווערק פון יעקב גאָרדין, און קעסלער, און אויך טהאָמאַשעווסקי, האָבען אין זיך ענטוויקעלט קינסטלע־רישע טאַלאַנטען. עם האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז ווען טהאָמא־שעווסקי האָט אַן אמת'ע ראָלע, איז ער אַ פיינער קינסטלער. ער האָט אַרויסגעוויזען טאַלאַנט און אַרטיסטישע צוריקגע־האַלטענקייט. עם האָט זיך פּראָסט ניט געגלויבט, אַז דאָם איז דער "פּרינץ" פון אמאָליגע יאָהרען. קינסטלערישע אינטע־ליגענץ האָט ער אַרויסגעוויזען מעהר ווי קעסלער. נאָר די אויס־שפּראַכע האָט איהם אימער אַביסעל געשטערט — די "פּרינצליך־דייטשע" אויסשפּראַכע, וועלכע האָט זיך צו איהם צוגעקלעפּט אין די הורווויץ יאָהרען.

פון יוראָפּ איז אריבערגעקומען שעהנגאָלד. בשעת אין רוסלאַנד איז נאָך געווען ערלויבט צו שפּילען אויף אידיש, איז ער דאָרטען געווען דער וויכטיגסטער "סטאַר" אין ערנסטע דראַמאַטישע ראָלען. דייוווויד קעסלער האָט אמאָל (מיט יאָהרען שפּעטער) מיר דערצייּלט ווי שעהן און איינדרוקספול דיזער שעהנגאָלד איז געווען, און ווען ער, קעסלער, האָט איהם געזעהן אין קעשענעוו, ווי וואָושנע ער פלעגט אויסזעהן — אין אַ פעלערינע מיט אַ הויכען קאַפּעלוש — און ווי דער רוסיש־אידישער טעאַטער עולם האָט איהם געליבט. קעסלער איז דאַן באַצויבערט געוואָרען פון שעהנגאָלד'ם שפּילען און פון זיין פעלערינע; און דאָם איז געווען די אורזאַכע פאַר וואָם ער, קעסלער, האָט זיך אַריינגענומען אין קאָפּ, אַז ער מוז ווערען אַן אַקטיאָר.

איך געדענק אַן אַפישע אַן לעכערליך־איבערטריבענע לויב־געזאַנגען וועגען שעהנגאָלד'ען אַלם אוריאל אַקאָסטא. זעהן איהם אָבער אין טעאַטער בין איך ניט געגאַנגען.

דזשייקאָב פּ. אדלער און מאַדאַם ליפּצין זיינען פון לאָנדאָן געקומען קיין אמעריקא. זייערע ערשטע אמעריקאַנער ערפאָה־רונגען אַלם שוישפּילער זיינען אָבער געווען ניט אין ניו יאָרק, 398נאָר אין שיקאַגאָ. אין ניו יאָרק האָבען זיי ניט געקענט געפינען קיין מענערזשער און קיין טעאַטער. שפּעטער זיינען זיי פון שיקאַגאָ געקומען קיין ניו יאָרק, און אָנגעהויבען צו שפּילען. וועגען זיי האָב איך נאָר געהערט און זייערע געשטאַלטען האָב איך געזעהן נאָר אויף די אַפישען.

עם האָט זיך באַוויזען אַ יונגער שוישפּילער מיט'ן נאָמען רודאָלף מאַרקס, אַ קאָמיקער, קופּלעטען־זינגער און טענצער. מען האָט געזאָגט, אַז ער הויבט אָן צו קאָנקורירען מיט מאָגו־לעסקאָ'ן. אָבער איהם האָב איך אין די ערשטע פּאָר יאָהר פון זיין קאַריערע אויך ניט געזעהן.

מיינער אַ שילער, אַ העברעעער, וועלכער האָט געהאַלטען אַ קלייּנע פּוירנטישור סטאָר אויף נאָרפאָלק (אָדער אפשר סאָפּאָלק) סטריט, האָט מיר דערצייּלט אַז מאַרקס'עם אמת'ער נאָמען איז גאָר ראָטקינסאָן און אַז זיין פאָטער איז אַ באַריהמטער העברעאַי־שער שרייבער. דאָם האָט מיך אַביסעל פאַראינטערעסירט. אַז אַ זוהן פון אַזאַ פאָטער זאָל זיך געפינען אויף דער אידישער ביהנע — דאָם איז געווען אַן אונגעוועהנליכע זאַך. דער פּויר־ניטשור דילער האָט מיר איינגעלאַדען צו געהן זעהן ווי מאַרקס שפּילט. איך האָב צוגעזאָגט צו געהן. איך האָב אָבער אַלץ אָפּגעלייגט, און איך האָב מאַרקס'ען אין יענער צייט קיינמאָל אויף דער ביהנע ניט געזעהן.

10
קהלות וואָקסען. — מען אימפּאָרטירט באַרימטע חזנים פון דער אַלטער היים. — קופּער פון ווילנאַ. — פּיניע מינקאָווסקי פון אדעם.

איך בין איינגעלאַדען געווען אַלם לעהרער אין דער פאַמיליע פון פּיניע מינקאָווסקי, אַ באַריהמטער חזן, וועלכען אידען פון דער איסט סייד האָבען אריבערגעבראַכט פון אדעם. זיין קומען איז געווען אַ סענסאַציע. אַז ניו יאָרקער אידען זאָלען אימפּאָר־טירען אַ באַריהמטען חזן פון דער אַלטער היים, און נאָך פון 399וואַנען — פון אדעם! — אַזאַ זאַך האָט איצט געטראָפען צום ערשטען מאָל.

מיט עטליכע יאָהר פריהער זיינען די ניו יאָרקער קהלות געווען קליין, און זייערע שוהלען קליין. די מיטגלידער זיינען מייסטענס געווען אימיגראַנטען פון אָרימע שטעטלעך פון סו־וואַלקער, קאָלישער, ווילנער, קאַוונער אָדער וואַרשעוווער גובערניע, און זיי זיינען דאָם רוב געווען אָרגאַניזירט אין לאַנדסלייט־גרופּען, יעדע גרופּע מיט איהר שוהל'כעל. און אפילו די שוהלען פון לאַנדסלייט פון אַזא שטאָדט ווי וואַרשא זיינען אויך געווען קליין און אָרים. קיין זעהר רייכע רוסישע אָדער פּוילישע אימיגראַנטען זיינען דאַן נאָך איבערהויפּט ניט געווען.

די גאַנצע אידישע באַפעלקערונג איז געווען קליין, און די אָרטאָדאָקסישע אידען האָבען זיך אין זייער אידישען קוואַרטאַל געפיהלט ווי אין אַ קליין שטעדטעל.

זינט אָבער די פּאָגראָמען האָבען געמאַכט דעם אָנהויב צו אַ גרויסער אידישער אימיגראַציע, האָבען זיך אונזערע אידען אין ניו יאָרק גענומען פיהלען אַנדערש. די אידישע טייל פון ניו יאָרק איז שנעל געוואָרען זעהר גרויס. קהלות זיינען געוואַקסען. עם האָבען זיך גענומען באַווייזען גרעסערע און שעהנערע שוהלען. מען האָט אָנגעהויבען אריבערברענגען דאָם בעסטע וואָם די אַלטע היים האָט פאַרמאָגט. מילא, אַקטיאָרען זיינען אַליין אריבער־געקומען, וואָרים אין רוסלאַנד האָט מען זיי אונטערדריקט. באַריהמטע חזנים און רבנים אָבער האָבען די ניו יאָרקער אידען געזוכט אַראָפּצוברינגען.

ווען איך בין געקומען קיין ניו יאָרק, איז די וויכטיגסטע און גרעסטע אימיגראַנטען־שוהל — דער בית המדרש הגדול — געווען אַ קליינע אָרימע קלויז אויף לאָדלאָו סטריט, צווישען גרענד און ברום (אויף דער וועסט סייד פון דער סטריט). מיט דרייי יאָהר שפּעטער האָט דער בית המדרש הגדול אריבערגעמופט אין אַ פיל גרעסערער און וואָשנערער געביידע אויף נאָרפאָלק סטריט.

פריהער איז דאָרטען געווען אַ קריסטליכע קירכע. דאָם איז געווען דער אָנהויב פון פאַרוואַנדלען קירכען אין שוהלען.

400אַלם רעזולטאַט פון אונזער אידישער אימיגראַציאַנס־כוואַליע האָט די קריסטליכע באַפעלקערונג ביסלעכווייז אַרויסגעמופט פון דער איסט סייד; זיינען די טשוירטשעם געבליבען אָהן באַזוכער. די אידען, ווידער, האָבען אָנגעהויבען זיך צו נויטיגען אין גרעסערע שוהלען. און אַזוי ווי פון אַ טשוירטש צו מאַכען אַ בית המדרש ערלויבט די אידישע רעליגיע (פאַרקערט — ניט), האָט מען ביסלעכווייז אָנגעהויבען אָפּצוקויפען טשוירטשעם אויף דער איסט סייד.

צו דערזעלבער צייט האָט מען דאָ און דאָרטען אויך אויס־געבויט שעהנע נייע שוהלען, און איינע פון זיי איז געווען די עלדרידזש סטריט'ער שוהל, צווישען קאַנעל און דיוווישאָן סטריט. פון דעם שטאַנדפּונקט פון יענער צייט איז די געביידע געווען פּרעכטיג און גרויס. נו, צו אַזא שוהל פּאַדערט זיך שוין אַ גרויסער חזן, האָט מען געטראַכט וועגען די באַריהמטע חזנים פון דער אַלטער היים. איינער פון די באַריהמטסטע איז דאַן געווען פּיניע מינקאָווסקי פון אדעם. האָט מען גענומען פּלאַנעווען איהם אַראָפּצוברענגען. מיט עטליכע יאָהר פריהער וואָלט מען געוועזען אַזא זאַך ניט געסמייעט צו טרוימען. איצט האָט מען שוין געסמייעט. עם האָט זיך אָנגעהויבען אַ קאָרעספּאָנדענץ צווישען ניו יאָרק און אדעם. מען האָט מינקאָווסקי'ן פאָרגע־שלאָגען אַ פיל גרעסערען געהאַלט ווי ער האָט באַקומען אין אדעם — אַ גרעסערען געהאַלט ווי אין ניו יאָרק פלעגען באַקומען צעהן חזנים אינאיינעם — און ער איז געקומען. דאָם איז געווען אין פעברואַר, 1888.

ער האָט געהאַט אַ וואונדערבאַרע טענאָר־שטימע און ער האָט געזונגען מיט געשמאַק. צו זיין דאַוונען זיינען געקומען די מוזיק־קריטיקער פון די אמעריקאַנער צייטונגען און זיי האָבען וועגען איהם געשריבען אַרטיקלען מיט לויב־געזאַנגען.

דאָם אַלץ איז געווען אַ נייעם אין דעם לעבען פון ניו יאָרק — אַ נייער קאַפּיטעל אין דער געשיכטע פון די היגע אידען.

מינקאָווסקי איז געווען אַ אינטערעסאַנטער ברונעט, אַ הויכער, אַ שטאַרקער, און נאָך אַ גאַנץ יונגער. ער האָט געקענט רוסיש, דייטש און העברעאיש. מיר האָט ער איינגעלאַדען 401צו זיך ערשט אַ יאָהר אָדער עטוואָם מעהר נאָכדעם ווי ער איז געקומען קיין ניו יאָרק; דאָם הייסט, דאַן, ווען ער האָט שוין אַראָפּגעבראַכט זיין פאַמיליע. ער און זיין פרוי און זיין גאַנצע הויז האָבען אויף מיר געמאַכט אַ גוטען איינדרוק. מיר זיינען באַפריינדעט געוואָרען. איך האָב געגעבען ענגלישע לעסאָנם ניט נאָר איהם, נאָר אויך זיין פרוי — אויך אַ הויכע און אַ שעהנע — און זיין זוהן, אַ אינגעל פון אַ יאָהר 14. אין אדעם איז דער באַי דורכגעגאַנגען די ערשטע דרייי קלאַסען גימנאַזיע, און איך האָב איהם דאָ געפערטיגט צו קאָלעדזש. די מינקאָווסקים האָבען אויך געהאַט נאָך אַ קינד, אַ מיידעלע פון אַ יאָהר זעקם.

די שטוב האָט זיך געפיהרט אויף אַ שעהן־באַלעבאַטישען רוסיש־אידישען שטייגער.

אַרום דערזעלבער צייט האָט די קאַלוואַריער שוהל אַראָפּ־געבראַכט פון ווילנע דעם חזן קופּער, וועלכער האָט פריהער באַקומען אַ גרויסען נאָמען אין רומעניע.

11
דער רב הכולל. — אליקום צונזער.

די אָרטאָדאָקסישע רוסישע אידען פון ניו יאָרק האָבען זיך באַשלאָסען אַראָפּצוברײַנגען אַ באַריהמטען רב. די דאָמאָלסדיגע רבנים פון ניו יאָרק זיינען געווען ניט קיין וויכטינגע. אפשר זיך צווישען זיי געפונען אַ גרויסער למדן. אויב יאָ, האָט ער אויך ניט געהאַט קיין גרויסען נאָמען, ווייל ער איז געקומען אַליין. מען האָט איהם ניט אַראָפּגעבראַכט. אלזאָ, האָט זיין קומען ניט געמאַכט קיין רעש. דעריבער האָט מען זיך באַשלאָסען צו אימפּאָרטירען אַ רב. איינער פון די אָנפיהרער פון דער באַוועגונג איז געווען דער אויבען דערמאָנטער קעפּ־מאַנופעק־טשורער, יהושע ראָטשטיין, דער פּרעזידענט פון "ישיבת עץ חיים". ער און די אַנדערע לידערם האָבען געהאַט אין זינען צו ברײַנגען ניט אַנדערש ווי אַ רב פון אַ גרויסער רוסישער שטאָדט. זיי האָבען געוואָלט האָבען אַ רב, צו וועמען מען זאָל האָבען רעספּעקט — אַי אין דער אידישער וועלט אַי אין 402דער קריסטליכער. צו דיזען צוועק איז אָבער נויטיג געווען, אַז עם זאָלען זיך פאַראייניגען עטליכע וויכטיגע קהלות. איינע וואָלט געווען צו שוואַך דערצו.

אַזא פאַראייניגונג איז פאָרגעקומען. אַכצעהן שוהלען האָבען זיך צוזאַמענגענומען און זיך אָרגאַניזירט אין אַ פאַרבאַנד. מ'האָט באַשלאָסען, אַז דער נייער רב זאָל הייסען "רב־הכולל" — דער רב איבער אַלע רבנים.

נאָך פילע מיטינגען און אַ לעבהאַפטער קאָרעספּאָנדענץ מיט רוסלאַנד, האָט מען אָנאָנסירט, אַז מען ברײַנגט אַראָפּ דעם ווילנער שטאָדט־מגיד, ר' יעקב יאָזעף*.

אין דערהיים איז אַ רב ניט אימער אַ מגיד; דאָ איז אָבער נויטיג געווען, אַז דער רב הכולל זאָל זיין אַ גוטער דרשן אויך. דעריבער האָט זיך געפיהלט דער איינפלום פון דער אמעריקאַנער וועלט, וואו די הויפּט ראָלע פון אַ גייסטליכען איז צו פיהרען די "גאָטעם־דינסט" און צו זאָגען דרשות. דעריבער האָט מען אַלם דעם גרויסען רב אויסגעקליבען אַ באַריהמטען מגיד. די דרשות פון'ם רב הכולל האָבען געזאָלט דינען אַלם אַן אויסערליכער פאַר־בינדונגס־מיטעל צווישען די אַכצעהן שוהלען, וואָם האָבען זיך פאַראייניגט איהם צו ברײַנגען און אויפהאַלטען.

פון מיין פעטער מיכל בייראַק, פון ווילנא, האָב איך וועגען דעם רב הכולל באַקומען אַ בריף, אין וועלכען ער האָט מיר געשריבען אונגעפעהר אַזוי:

"ער איז ביי אונז זעהר טייער. ער איז אַ גרויסער חריף און אַ זעלטענער ירא שמים. אונז טוט וועה דאָם האַרץ וואָם מיר האָבען זיך געדאַרפט זעגענען מיט איהם. עם וויל זיך ניט פאַרלירען אַזא טייערען אוצר. זעה, אַלטער, אַז אין ניו יאָרק זאָלען אידען וויסען וואָם פאַר אַ דימענט זיי האָבען ביי אונז צוגענומען. זעה מען זאָל איהם גוט אָפּשאַצען. דו געהסט ניט אין שוהל. דו האָסט דאָך אָבער אַ אידישע האַרץ. טאָ זאָג־זשע אַלעמען, אַז ווילנא האָט זיך געהאַלטען גרויס מיט איהם און 403אַז ניו יאָרק דאַרף פאַרשטעהן ווי אַזא טייערע קרוין צו האַלטען אויף זיך".

דער בריף איז שוין לאַנג פאַרלאָרען געגאַנגען און איך גיב איהם, נאַטירליך, דאָ ניט איבער ווערטערליך. איך געדענק אָבער גוט, וואָרים די ווערטער פון מיין פעטער מיכל האָבען אויף מיר אימער געמאַכט אַ טיפען איינדרוק. אויב איך געדענק ניט פּינקטליך זיינע שורות, געדענק איך ריכטיג זייער גייסט.

אין אָרטאָדאָקסישע קרייּזען האָט זיך גערודערט; מען האָט דעם גאסט ערוואַרט מיט פּאַראַד, און ווען ער איז אַראָפּגעקומען, אין דזשוליי, 1888, האָט זיך געקאַכט. די ענגלישע צייטונגען האָבען געדרוקט גרויסע באַריכטען מיט באַשרייּבונגען ווי דער "טשיף ראַבביי" זעהט אויס (קיין פּאָרטרעטען האָט מען נאָך אין די צייטונגען ניט געדרוקט) און וואָם ער זאָגט. די סענסאַציע איז געווען פיל גרעסער ווי מיט דעם אדעסער חזן. ערשטענס איז די וויכטיגקייט פון אַ רב גרעסער, און צוווייטענס, איז דער נייער רב געווען כמעט איבער אַלע באַדייטענדע קהלות, וועה־רענד מינקאָווסקי איז געווען פאַרבונדען נאָר מיט דער עלדרידזש סטריט'ער קהלה.

איך האָב צו דער אָרטאָדאָקסישער וועלט נאַטירליך קיין שייכות ניט געהאַט. אין דעם רב הכולל'ם ראָלע אָבער האָב איך זיך פאַראינטערעסירט אַלם בעאָבאַכטער פון אונזער אידישען לע־בען. איך בין געווען נייגעריג צו הערען זיינע אַ דרשה. שרייּבען וועגען דעם אין די ענגלישע צייטונגען האָב איך זינען ניט געהאַט. שרייּבען געגען איהם וואָלט איך ניט געוואָלט; און גינסטיג פאַר איהם, אויב אַזוי וועט זיין מיין איינדרוק — דאָם וואָלט איך אויך ניט געטאָן. פאַר אַ סאָציאַליסט צו שרייּבען אין אַ פריינדליכען טאָן וועגען אַ רעליגיעזען ענין איז, לויט אונ־זערע דאָמאָלסדיגע באַגריפען, געווען אונמעגליך.

ביי פאָרטגעשריטענע מענשען פון אונזער קלאַם איז געווען אַ מיינונג, אַז אין אמעריקא מוז אַ רב שפּילען אַ צבועצקע ראָלע; אַי דאָ איז אַזא ראָלע פּשוט אונפאַרמיידליך. פון דער פּלאַט־ 404פאַרמע און אין פריוואַט געשפּרעכען פלעג איך אויסדריקען דעם פאָלגענדען געדאַנק: אין דער היים זיינען פאַראַן פילע אמת־עהרליכע רבנים, אמת סימפּאַטישע מענשען. דאָ אָבער איז דער לעבען ניט צוגעפּאַסט צו דעם אָרטדאָקסישען גייסט פון די קליינע היימישע שטעדטלעך. פאַר אַ רב צו בלייּבען ביי זיין היימי־שער רייּנקייט און אויפריכטיגקייט, איז אונטער די היגע אומשטענ־דען ניט לייכט. אין דער היים איז אַ גבאי מייסטענס אַ איד, וואָם קען מעהר אָדער וויּיניגער לערנען און שעמט זיך "פאַר גאָט און פאַר לייּטען". דאָ אָבער זעהען מיר ביישפּילען ווי אַ גראָבער יונג ווערט פּרעזידענט פון אַ שוהל און זאָגט אַ דעה נאָר דערפאַר, וואָם ער האָט זיך "אַרויפגעאַרבייט". אָט פון אַזעלכע מענשען איז אָפּהענגיג דער רב; צו איהם מוז ער זיך חנפ'ענען. היינט ווי אַזוי קאָן דאָ די אויפגעהאַלטען ווערען דער טאָן פון דעם היימישען אָרטאָדאָקסישען לעבען?

מיינע רוסישע באַקאַנטע האָבען זיך מיט אַזעלכע זאַכען ניט אינטערעסירט, און מיינע אמעריקאַנער פריינד נאָך וויּיניגער, נאַטירליך. איך פלעג וועגען דיזע ענינים שמועסען נאָר מיט מיינע אידיש־דריידענדע באַקאַנטע. דורך זיי האָב איך געהערט וואָם עם טוט זיך אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט און דורך זיי האָב איך נאָכגעפאָלגט די נייעם וועגען דעם רב הכולל.

אין אַ געוויסען שבת האָב איך "צום לייּענען" געהערט זיינע אַ דרשה אין בית המדרש הגדול, אויף נאָרפאָלק סטריט, לעבען ברום.

ער האָט געמאַכט אַן איינדרוק פון אַ למדן, אַ פעהיגע "גמרא קאָפּ", ניט קיין איבערגעשפּיצטער מענש, אָבער אַן עהר־ליכער — אַן איש תמים.

מען האָט געקענט זעהן אַז ער פיהלט זיך ניט ווי ביי זיך אין דער היים. אַז דער כבוד וואָם מען גיט איהם אָפּ, דער גע־פילדער וואָם מען מאַכט מיט איהם און דער גרויסער געהאַלט וואָם ער באַקומט, פאַרשאַפט איהם וויּיניג נחת.

דאָם איז געווען זיין צוווייטע אָדער דריטע דרשה זינט ער איז געקומען קיין ניו יאָרק, און ער האָט זיך געגעבען מיה צו 405געברויכען אונזער אמעריקאַנער אידיש. צום ביישפיל: זייגער א משל מיט אַ היימישען פויער האָט ענטהאַלטען די װוערמער "יוראָפּשער פויער". איין מאל האָט ער אויך געברויכט דעם װאָרט "קליען" אנשטאָט "ריין". און איך האָב געקענט זעהן אז ער האָט דאָס אומישנע אויסגעלערענט, כדי ער זאָל ניט מאַכען דעם איינדרוק פון אַ "גרינעם". אויך האָט ער זיך געטרייט צו האַלטען אביסעל אויף אַ ציװיליזירטען שטייגער; ער האָט אָבער ניט געװואוסט װי אזוי. װאָרים אין דער היים האָט זיך דאָס פון איהם ניט געפאָדערט. איין מאל האָט ער ארויסגענומען פון פּאקעט אַ גרויסע בלויע העגדקערטשיף, און באַלד, װי אַ צושראָקענער, איהר אריינגעלייגט צוריק. דערביי האָט זיין האַנט פאַרפלאַנטערט אין דער ענדקערטשיף. דערנאָך האָט ער די ענדקערטשיף געהאַלטען אויפן שולחן, און ביידע העגט זיינע האָבען זיך נערװוז געפלאַנטערט ארום איהר. די אמערי־ קאַנער װוערטער האָבען ביי איהם געקלונגען אונגאַטירליך. איך האָב געהאַט מיטלייד מיט איהם.

איך האָב באַקוקט די מענשען ארום. כמעט אלע זיינען געװוען אַנגעטאָן אויף אַן אמעריקאַנער שטייגער: אין שעהנע, געפּרעסטע סוטס, מיט װוייסע, געקראַכמאלטע קראַגענם, מיט נעקטאַיס און מאַנזשעטען. דאָס רוב פון זיי זיינען געװוען ארום־ געגאַלט און אויסגעפּוצט. דער אלגעמיינער איינדרוק איז גע־ װוען גאָר ניט װי פון אן עולם פון דער װוילנער שוהל.

דער אימיגראַנט האָט אין אמעריקא פיל מעהר ערפאהרונג װי אין אַ װוילנא; ער װוערט שנעלער ענטװויקעלט. די אויסגע־ גרינטע אָרטאָדאקסישע אידען האָבען דעריבער געקוקט אויף זייער אימפּאָרטירטען רבי'ן װי אויף אַ גרינעם, און ער האָט דאָס געפיהלט.

פאַר אמעריקא דאַרף מען האָבען אַ גאַנץ אנדערען טיפ רב. ר' יעקב יוסף האָט זיך ניט געקענט צופּאַסען צו די היגע אומשטענדען. ער איז געװוען װי אַ פלאַנצונג װואָס מען רייסט אוים פון איהר נאַטירליכען באָדען און מען זעצט אריין אין אן אוננאַטירליכען. זיין לעבען אין אמעריקא איז געװוען אַ טראַ־ 406געדיע. דער רעזולטאַט איז געװוען, אז ער איז שװואך געװואָרען אין געזונט און דערנאָך איז ער פּאַראַליזירט געװואָרען.

צװוישען די מענשען מיט גרויסע נעמען, װועלכע זיינען דאַן געקומען קיין אמעריקא, איז געװוען אליקום צונזער, דער באַרים־ טער בדחן און פאָלקס־פּאָעט פון ליטא, װועלכער איז דערמאָנט געװואָרען אין דעם ערשטען באַנד (אַ גרויסען חזן אָדער רב ברענגט אַראָפּ אַ שוהל. אַ גרויסער בדחן איז אין דיזער באַציהונג נאָך אין אַן ערגערער לאַגע װי אַן אקטיאָר, װואָרים אן אקטיאָר קען אַראָפּ־ געבראַכט װוערען פון אַ טעאַטער, אָבער אַ בדחן האָט אבסאָלוט ניט װוער עם זאָל איהם אַראָפּברענגען. איז צונזער אליין געקומען).

אין אמעריקא, װוען אַ "סאָנג" נעמט אוים ביים עולם, זינגט מען איהם איבערן גאַנצען לאַנד. אָבער דאָס האַלט אָן נאָר אַ געװויסע צייט, און דאַן שטאַרבט דער "סאָנג" איינגאַנצען אָפּ; ער װוערט פאַרגעסען אזוי װי אַ דאַמען־העט פון אַ פאַראיאָהריגער מאָדע. ניט אזוי זיינען געװוען אליקום צונזערס לידער. זיי פלע־ גען קיינמאָל ניט װוערען אויסגעשפּילט. מען פלעגט זיי זינגען אימער. װוען ער פלעגט פאַרפאַסען אַ נייעם נגון, פלעגט מען איהם זינגען מעהר, אָבער אָן די פריהערדיגע פלעגט מען אויך ניט פאַרגעסען. פאַרקעהרט: צוליב דעם נייעם פלעגט מען אי־ בערזינגען די אלטע אויך.

עהנליכעס קען מען זאָגען װועגען גאָלדפאַדען'ס נגונים. די נייע פלעגען די אלטע ניט פאַרשטעלען. אָבער גאָלדפאַדען האָט זיין מוזיק אליין ניט פאַרפאַסט, און אליקום צונזער'ם מעלאָדיען זיינען געװוען זיינע אייגענע שאַפּונגען.

און דאָך איז צונזער אויך געװוען װי אן איבערגעפּלאַנצטע בלום. ער האָט זיך אויך ניט געקענט צופּאַסען צו די אמעריקאַנער אומשטענדען. זיינע היימישע לידער, װועלכע זיינען געװוען אזוי פּאָפּולער אין אלע אידישע שטעדט און שטעדטלעך פון אייראָפּא, האָט מען אין אמעריקא גאָרניט געזונגען. און די לידער, װואָס ער האָט דאָ געשריבען, האָט מען װויניג געזונגען.

איך האָב זיך מיט צונזער'ען געזעהן עטליבע מאָל אין יענע יאָהרען. איך האָב איהם אמאָל דערמאָנט דעם געשפּרעך, װואָס מיר 407האָבען געהאַט אויף אַ חתונה אין װוילנא, און איך האָב געפרופט איהם ערקלעהרען דעם ספּעציעלען מאַגנעטיזם פון זיינע פאַר־ פאַסונגען. אָבער אָנשטאָט איהם צו פאַרשאַפען פאַרגענינגען, האָב איך איהם נאָך דייטליכער געמאַכט די טראַגעדיע פון זיין לעבען אין אמעריקא.

ער האָט דאָ געגעבען עטליכע פּאָבליקע קאָנצערטען, געשריבען אביסעל און ענדליך האָט ער געגרינדעט אַ דרוקעריי (אויף איסט בראָדװוי), פון װועלכער ער האָט געצויגען אַ שװוערע חיונה.

12
װועגען דעם אידישען קװואַרטאַל פון יענע יאָהרען אין אַלגעמיין.

די צאָל אידען אין ניו יאָרק און אין אנדערע גרויסע שטעדט איז שטענדיג געװואקסען. די אימיגראַנטען, װואָס האָבען זיך "אויס־ געגרינט" און געמאַכט אַ לעבען, האָבען אראָפּגעבראַכט עלטערען, כלות, פרויען, פריינד. דער אידישער קװואַרטאַל האָט זיך פאַנאַנ־ דערגעשפּרייט.

בראָנזװויל, אלם אַ אידישע שטאָדט, האָט נאָך דאַן ניט עקזיס־ טירט. אפילו ניט אלם אַ דייטליכע שטעדטעל. איך האָב געהאַט אַ פּאַר געלעגענהייטען דעם פּלאַץ צו באַזוכען. איך האָב געזעהן, װוי אידישע אימיגראַנטען פאַנגען דאָרטען ביסלעכװוייז אָן זיך צו באַזעצען. דער פּלאַץ איז אָבער מייסטענס באַשטאַנען פון פּוסטע פעלדער אָדער פון "אויסגעלייגטע" גאַסען, אָהן היזער. דאָ און דאָרטען האָט זיך געזעהן אַ נייע הייזעל אָדער אַן אלטע "קאָלופּקע" פון אן אָרימען אמעריקאַנער, װועלכער האָט אין די פריהערדיגע יאָהרען דאָרטען געהאַט אַ שטיקעל פאַרם. דאָ און דאָרטען האָט מען געזעהן, אז עס הויבט אָן צו װואַקסען אַ סטריט.

װויליאמסבורג איז געװוען אַ געגענד הויפּטזעכליך פון קריסטליכע דייטשען און אמעריקאַנער. אידען, אונזערע אימי־ גראַנטען, האָבען זיך שוין דאָרטען אויך געזעהן, אָבער װויניג. עס האָט זיך שוין אָנגעהויבען צו ענטװויקלען אַ שטיקעל אידי־ שער מאַרק אויף סיגעל סטריט, אָבער לאַנגזאַם.

408אז האַרלעם װועט אמאָל װוערען געדיכט באַזעצט מיט אידען, דאָס האָבען מיר ניט פאַראויסגעזעהן. האַרלעם איז אין אַל־ געמיין געװוען פּוסט. ערטערװוייז זיינען געשטאַנען קליינע היל־ צערנע הייזער; דאָ און דאָרטען אַ נייער איינציגער מויער און ארום און ארום האָבען זיך געצויגען גרויסע שטרעקעם פון װויל־ דע פעלדער און פעלזען. אויף די דאָזיגע פעלדער האָט מען אָפט געזעהן אַ קוים־צונויפגעשלאָגענע שטיבעל אָדער ביידעל, און דאָס איז מייסטענס געװוען די װואוינונג פון אַ "סקװואַט־ טער" — אַן אָרימאַן, װואָס מאַכט זיך אַ פאַרלויפיגע דירה אויף אַ פּלאַץ װואו עם איז ניטאָ װוער ס'זאָל זאָגען "ניין", אָדער פאָ־ דערען רענט.

װואָס אַנבעטרעפט די בראָנקס, האָבען אידען דאַן אפילו דעם נאָמען ניט געהערט. מען פלעגט אַהין פאָהרען שפּאַצירען, אָבער נאָר ביז 140טער סטריט, און דער פּלאַץ איז אונז געװוען באַקאנט אונטער דעם נאָמען מאָריסאַניא.

טענעמענט הייזער זיינען געװוען פון דעם צרה'דיגען אלטען שניט. פילע פון די רומס זיינען געװוען פינסטערע און אָהן לופט. אזא גליק װוי "ראָננינג װואָטער, האָט ענד קאָלד", װואָלט די פרוי פון אַ אידישען ארבייטער דאַן זיך ניט געקענט פאָרשטעלען. היינט װוער רעדט שוין װועגען עלעקטרישע באַ־ לייכטונג און עלעקטרישע גלעקלעך? די באַלייכטונג איז גע־ װוען פון גאַז. קאַרפּעטס פלעגט מען אין פאַרלאָר האָבען, אפילו אן ארבייטער פאַמיליע האָט דאָס געהאַט. מען פלעגט נעמען ביי אַ פּעדלער אויף אויס־צו־צאָהלען, אבי ניט זיין אָהן קאַר־ פּעט אין פאַרלאָר. קיין נאָקעטע פלאָרס האָט מען ניט געזעהן אפילו ביי דעם אָרימסטען ארבייטער. מען האָט געהאַט אויל־ קלאָטה. דער אויל־קלאָטה איז אָבער ניט געװוען אזא גוטער װוי היינט. קיין "לינאָליאום" איז נאָך ניט געװוען.

שיקען די פאַמיליע אין אַ זומער־פּלאַץ אויף זומער איז גע־ װוען אַ לוקסוס, װועלכען זעהר װויניג פון די אידישע אימיגראַנ־ טען האָבען זיך געקענט פאַרגינען. עם איז איבערהויפּט ניט געװוען אין דער מאָדע, אפילו ביי אונזערע רייכע אימיגראַנטען.

409נאָר רייכע קריסטען אָדער דייטשע יהודים האָבען פון דעם געװואוסט.

אין דעם אידישען קװואַרטאַל איז אין די הייסע זומער אָװוענדען געװוען דושנע און הייס אָבער ניט אזוי אונערטרעג־ ליך װוי היינט. ניו יאָרק האָט נאָך געהאַט װויניג "סקאַי־ סקרייפּערס", און די העכסטע פון זיי זיינען געװוען אַ סך נידע־ ריגער װוי די ריזיגע מויערען פון היינט; איז אין שטאָדט גע־ װוען מעהר פרייע לופט.

אין די הייסע זונטאָגען פלעגען מיר אריבערפאָהרען אויף דער גרענד סטריט פערי קיין װויליאמסבורג און נעמען אַ האָרק קאַר צום פּראָספּעקט פּארק. די קאַר פלעגט פאָהרען דורך האַלב־ פּוסטע גאַסען מיט שעהנע קאַטעדזשעס, מיט לאָנקעם און מיט בלו־ מען. מען פלעגט פאָהרען אַ היבשע צייט אייידער מען פלעגט קומען אין פּארק, און, באַזאָרגט מיט אַ פּעקעל לאָנטש, פלעגט מען דאָר־ טען פאַרברענגען דעם זונטאָג.

אַנשטאָדט דעם פלעגען מיר אָפט פאָהרען קיין פאָרט דזשאָרדזש מיט דער דריטע עװועניו קאַר ביז דער הונדערט־אַכציג־ טער סטריט און װואַשינגטאָן־הייטס. דער געגענד איז שוין לאַנג פאַרבויט און באַװואוינט. דאַן אָבער איז ער באַשטאַנען פון לאָנקעם און ליידיגע לאָטם.

אן אנדער פאַרגענינגען פלעגט ביי אונז זיין זונטאָג צו פאָהרען הין און צוריק מיט דער סטעטען־איילאַנד פערי. מיר פלעגען דאָס טאָן אין אַ אָװוענט. מיט'ן צװוייטע עװועניו עלע־ װוייטער פלעגען מיר צופאָהרען צו סאָוטה פערי, דאָרטען נע־ מען די פערי און זעהן צו באַקומען סיטס אויפ'ן אויבערשטען "דעק". דאָס איז ניט אימער אָנגעקומען לייכט, װואָרים די קראָודס זיינען זונטאָג געװוען אונגעהייער גרוים. מיר זיינען שוין אָבער געװואָרען גענוט אין דעם.

דער פאָהרען איבער'ן װואסער פלעגט געדויערען ביי צװואַנ־ ציג מינוט. מיר פלעגען ניט ארונטערגעהן, נאָר פאָהרען גלייך צוריק. און דאָס רוב פלעגען מיר דורכמאַכען די יאַזדע צװויי 410מאָל. עס זיינען געװוען פילע פאָרלעך אזעלכע װוי מיר, ביי װועמען דאָס איז געװוען דער בעסטער זונטאָג־"אוטינג". צו־ זאַמען מיט די "סטאַפּס" פלעגט אזוי אווסגעהן אַ פּאָר שטונ־ דען. צוריק פלעגט שוין אויסקומען צו פאָהרען צו פינאַכט.

פון פאָהרען אין קאָוני איילאַנד האָבען אונזערע אימיגראַנ־ טען דאַן נאָך געװואוסט גאַנץ װויניג. יעדער שריט, װואָס מען האָט געמאַכט אין דעם אמעריקאַנער לעבען איז געגאַנגען לאַנג־ זאַם, װואָרים מען האָט אליין געמוזט דורכברעכען אַ װועג. און דאָס װואָס אַ היינטיגער אימיגראַנט ענטװויקעלט אין זיך אין אַ מאָנאַט, פלעגט אין יענע צייטען געדויערען יאָהרען. דער ערשטער אויסגרינגען זיך איז געגאַנגען שנעל; דערנאָך אָבער פלעגט מען זיך ארומזעהן אז מען איז נאָך מיט'ן אמעריקאַנער לעבען גאַנץ װויניג באַקאנט.

מיינע ערשטע באַזוכען אין קאָוני איילאַנד זיינען געװוען אין די צייטען ביי װועלכע מיר האַלטען דאָ. איין מאָל בין איך דאָרטען געװוען צוזאַמען מיט דעם אויבען־דערמאָנטען רו־ סישען רעװואָלוציאַנער לעאָ האַרטמאַן, און אַ צװוייטען מאָל מיט אן אמעריקאַנער סאָציאליסט, װועלכער איז קיין ניו יאָרק געקומען פון שיקאַגאָ. איך געדענק װוי איך בין געגאַנגען שפּאַ־ צירען דורך אַ זעהר געדיכטער, פרעהליכער מאַסע, און די מאַסע האָט געמאַכט אן איינדרוק װוי דורכאוים אַ קריסטליכע (עס זיינען נאַטירליך געװוען אייניגע אידען, אָבער װואהרשיינ־ ליך אמעריקאַניזיר'דטע, און יעדענפאלס איז די צאָהל געװוען זעהר אַ קליינע).

קיין דייטליכען בילד פון יענער קאָוני־איילאַנד האָב איך אין מיין זכרון ניט. איך געדענק אָבער דעם ברעג ים מיט מע־ נער און פרויען װוי זיי באָדען זיך — אויך דורכאוים קריס־ טען; און איך געדענק די פאַרשידענע קאָוני־איילאַנדער סטענדס מיט די געשרייען פון זייערע פּעדלער, די װויגעלעך, די שליטעלעך, די "לופּ־דהי־לופ", די "פערים װוהיל", די "מערי־גאָ־ראָונדם".

דער אונטערשיד צװוישען יענער קאָוני־איילאַנד און דער היינטיגער איז אונגעהייער.

411אָפּט פאָהרען אין קאָוני־איילאַנד זונטאָג — דאָס האָט זיך ביי אונז ענטװויקעלט שפּעטער. מיר פלעגען פאָהרען מיט דער סמיטה סטריט קאַר. די רייזע גופא הין און צוריק איז געװוען די װויכטיגסטע טייל פון אונזער פאַרגעניגען. אָבער אין דער צייט װועגען װועלכער מיר רעדען דאָ, איז אונזער װויכטיגסטער זונטאָג'דיגער שפּאַציר באַשטאַנען אין דעם אויבען־דערמאָנטען "טריפּ" צום פּראָספּעקט פּארק אָדער קיין סטעטען איילאַנד.

דער פאָהרען צוריק אהיים זונטאָג אָװוענד פלעגט אין מיר שאַפען אַ געדריקטע שטימונג, װוי שבת־צו־נאכט אין סטראַשו־ נער'ם קלויז אייידער מען צינדט אָן ליכט. װוען איך דערמאָן זיך אָן יענע מינוטען, קומען מיר פאַר די שװוערסטע צייטען, װואָס מיר האָבען דורכגעלעבט אין די ערשטע יאָהרען אין אמע־ ריקא. איך געדענק הויפּטזעכליך דעם געפיהל ביים אומקעה־ רען זיך פון פּראָספּעקט פּארק.

דער װועג פון פּארק ביז דער איסט־סאַיד, ניו יאָרק, האָט דאַן געדויערט דריי מאָל אזוי פיל װוי היינט, און מענשען האָ־ בען אויף יענעם װועג דאַן געװואוינט װויניג.

די פערד לויפען מיט דער געפּאקטער קאַר דורך אַ דונ־ קעלער אונענדליכקייט. ערטערװוייז שיינען פייערלאך פון די זייטען, אָבער זייער בלייסק שטרייכט נאָר אונטער די פינסטער־ ניש. זיי פאַרגרעסערען נאָר דעם אומעט.

דערנאָך געהט מען אריבער אויף דער פערי. דער פייף פון דער פערי, איהרע ערשטע באַװועגונגען; דער שװוענק פון דער װואסער; דער פייף פון אַ פאַרבייגעהענדער פערי.

איך און מיין פרוי שטעהען פון דרויסען; עם איז לופּטי־ גער. עם איז אויך פינסטערער און עלענדער. אָבער איהר זוכט די עלענדקייט זיך אליין אויף צו להכעים.

אייך דוכט זיך אז די פערי שװועבט דורך אַ תהום. די װואסער איז שװואַרץ און איהר שװואַרצקייט שימערט מיט אַ בלאַ־ סען גלאַנץ. איר פּלוסק הילכט אונהיימליך. פון שטאָדט פינקלען אונגעצעהלטע פלאַמען, אזוי װוי פון פאָר טויזענד מייל...

412אמעריקאַנער באָים און מיידלעך, װואָס פאָהרען מיט אייך אויף דער פערי, זינגען אַ ליד. מיט פאַרטראַכטע טרויער טענער זינגען זיי. אַ שמערצליכע בענקעניש פילט מיך אָן. אלע טרייסטלאָזע ערפאהרונגען פון דער װואָך זאמלען זיך אָן אין האַרצען.

אָך, יענע זונטאָג־אָװוענדען, װוען מיר פלעגען פאָהרען צוריק אהיים!

ביסלעכװוייז האָבען אונזערע רייכערע אימיגראַנטען אנגע־ הויבען צו שיקען זייערע פרויען קיין עסבערי פּארק אָדער אפשר זאָגאָר אין די קעטסקילס — אין טענערסװויל.

רייכע אידען — איך מיין אזעלכע װואָס זאָלען פאַרמאָ־ גען הונדערט טויזענד דאָלאַר — זיינען צװוישען אונזערע אימיגראַנ־ טען איבערהויפּט געװוען װויניג. די אמת רייכע אידען — מאַ־ נופעקטשורערם, באַנקירען, גרויסע סטאָר־קיפּערס — זיינען אלע געװוען דייטשע יהודים. אונזערע אימיגראַנטען זיינען געװוען פּעדלערם, ארבייטער אָדער סוועטינג קאָנטראַקטאָרס. מיט אזעלכע אויסנאַהמען װוי באַלעבאַטים פון סטאָרם פאַר קאָסטאָם־פּעדלערם אָדער פון קליינע באַנקען פאַר אימיגראַנטען.

װוען אַ רוסישער איד איז געװואָרען אַ מאַנופעקטשורער פון קלאָוקס, האָט ער געצויגען פיל אויפמערקזאַמקייט. אז אונ־ זערער אַ איד זאָל װוערען איבער־נאכט רייך — פון אזעלכע נסים האָט מען נאָך דאַן כמעט ניט געהערט.

דער גאַנצער לעבען האָט געשטראַמט פיל לאַנגזאַמער װוי היינט; און ניט נאָר ביי אידען, נאָר ביי אמעריקאַנער געבאָ־ רענע קריסטען אויך. װועגען די װוייטע געגענדען, װועגען דער װועסט אָדער מיטעל־װועסט רייד איך דאָ ניט. איך האָב אין זינען בלויז ניו יאָרק.

413היים. איינער פון די רעזולטאַטען דערפון איז געװוען אז אונ־ זערע אידען האָבען ביסלעכװוייז גענומען באַזעצען די ערשטע סטריט, די צװוייטע, די דריטע.

די װווייטסטע סטריט װואו אונזערע אימיגראַנטען האָבען דאַן געװואוינט איז געװוען די אכטע. אויף דער צװוייטער עװועניו, צװוישען 1טער און 14טער סטריט, האָבען געװואוינט אונגאַ־ רישע אידען, דייטשע אידען, בעהמישע אידען, אידען פון װוין; און מיט זיי האָבען זיך גענומען אויסמישען אונזערע. אָבער דאָס איז אויך געגאַנגען לאַנגזאַם. פון איסט בראָדװוי און די ארומיגע סטריטען זיינען אמעריקאַנער געבאָרענע דייטש־אידישע פאַמיליען פאַרשװואונדען. זיי האָבען אלע אריבערגעמופּט אין אנדערע גע־ געגדען.

די גאַנצע באַפעלקערונג פון ניו יאָרק איז נאַטירליך גע־ װוען אַ סך קלענער װוי היינט, אָבער די פּראָפּאָרציע פון אידען צו קריסטען איז געװוען ניט אין ערך קלענער װוי היינט. היינט װואוינען העכער װוי אַ מיליאָן אמעריקאַנער אין אנדערע שטעדט־ לעך און דערפלעך און קומען אלע טאָג קיין ניו יאָרק, װואו זיי האָבען זייערע אָפיסעס אָדער סטאָרס. דאַן איז די צאָל פון אזעלכע "קאָמיוטערס" געװוען זעהר קליין. דער װואָס האָט גע־ האַט אן אָפיס אין ניו יאָרק, האָט געװואוינט אין ניו יאָרק.

אלזאָ, איז די פאַרהעלטניסמעסיגע צאָהל פון אמעריקאַנער, װואָס האָבען געװואוינט אין ניו יאָרק, געװוען פיל גרעסער װוי היינט.

אויף די סטריט־קאַרם און אין די עלעװוייטעדס, װואָס געהען איבער דער ערשטער, צװוייטער און דריטער עװועניו, פלעגען זיך זעהן היבשע צאָהלען אידען, אָבער אפילו דאָרטען זיינען זיי גע־ װוען אַ קליינע מינאָריטעט. אויף די קאַרם און עלעװוייטעדס פון דער װועסט סייד האָט מען געזעהן זעהר װויניג אידען.

דער לעבען פון דעם אידישען ארבייטער אין די סוועט־שעפּער איז געװוען שװוער. און דאָך האָט דער דורכשניטליכער אידישער אימיגראַנט געפיהלט אז אין פאַרגלייך מיט זיין אלטער היים איז איהם דאָ אַ גן־עדן. דער ארבייטער האָט דאָ געגעסען אַ סך בעסער און זיך געקליידט אַ סך בעסער װוי אין דער היים. און 414אויב מען האָט נאָר געהאַט אַ סטעדי דזשאַב, האָט מען אָפּגע־ סייפּט אַ פּאָר דאָלאַר אויך. אין דער היים האָט אַ שניידער פאַר־ דינט דריי־פיר רובעל אַ װואָך. אין אמעריקא האָט מען שוין דאַן אַ באָי אויף אַ פעקטאָרי געצאָהלט מעהר װוי דריי־פיר דאָלאַר אַ װואָך. און אַ שניידער פון דער היים, אַ גאַנץ געװועהנליבער בעל־מלאכה, האָט באַקומען צװואַנציג, דרייסיג און פערציג דאָ־ לאר אַ װואָך.

די קלאָוק־טריידד איז שוין דאַן געװוען אַ סעזאָן טרייד, און פילע װואָכען זיינען דאָס רוב פון די ארבייטער אין איהר ארום־ געגאַנגען ליידיג; דערפאַר אָבער האָט מען אין סעזאָן פאַרדינט אזעלכע װוייידזשעם, װועלכע האָבען אין דער אלטער היים געקלונ־ גען אונגלויבליך. איך האָב געקענט דאַמסקע שניידער פון ליט־ װוישע שטעדט, װועלכע האָבען אין דער היים געארבייט פאַר פיר רובעל אַ װואָך, און װועלכע פלעגען דאָ אָפּנעהמען צו זיבעציג און צו אכציג דאָלאר אַ װואָך. און די קלאָוק־אָפּערייטאָרס, װואָס האָבען די טריידד זיך אויסגעלערענט אין אמעריקא, פלעגען אין אַ גאַנץ קורצער צייט פאַרדינען נאָך מעהר װוי דער דורכ־ שניטליכער שניידער. מען פלעגט אין סעזאָן ארבייטען כמעט טאָג און נאַכט. די װוייידזשעם זיינען אָבער געװוען אזוי גרוים, אז עס איז געװוען מעהר װוי גענוג אויף אַ גאַנץ יאָהר.

די פּרייזען אויף שפּייז, קליידער, רענט זיינען געװוען פאַרהעלטניסמעסיג קליין. אלזאָ, האָט מען געמאַכט אַ פיינעם לעבען און מען האָט אָפּגעשפּאָרט געלט.

דאָס האָט זיך אויף דעם אימיגראַנט געפיהלט אויף פאַר־ שידענע אופנים — אויף איהם גופא און אויף זיינע קינדער. די קינדער זיינען דאָס רוב אויסגעװואקסען העכער, שטאַרקער און בעסער געבויט װוי זייערע עלטערען. צו זעהן אַ 16־יאָהריגען באָי, װואָס איז העכער פאַר זיין פאָטער, איז אין אונזער קװואַרטאַל געװואָרען אַ געװועהנליכע זאַך.

און די פּאָליטישע פרייהייט האָט מען אויך ניט געקענט אווועקמאַכען מיט'ן האַנט. עס האָט זיך געפיהלט, אז מען איז דאָ מעהר מענש. מיין פריינד אַלטער, װועלכער האָט אימער געפּראַצעװועט און קוים אַ לעבען געמאַכט, און זיך אליין געהאל־ 415טען פאַר אַ "לא יוצלח", האָט צו מיר אמאָל געזאָגט מיט זיין גוטמוטיגען שמייכעל: "װוי די מעשה איז — אין דער היים פלעג איך האַלטען די קאָפּ אראָפּגעלאָזען און דעם קאַרק איינגעבויגען, און דאָ האַלט איך די קאָפּ אויפגעהויבען און דעם קאַרק גלייך."

און מיט דיזען גייסט פון זעלבסט־װוירדע זיינען געװואקסען די קינדער.

פון קיין אידען־פאַרפאָלגונגען האָט מען אבסאָלוט ניט גע־ װואוסט. דער איד האָט זיך געפיהלט גלייך מיט'ן קריסט. מען פיהלט דאָס איצט אויך, טראָץ דעם אנטיסעמיטיזם, װועלכער איז איצט פאַרשפּרייט אין פאַרשידענע פאָרמען. אין יענע יאָהרען, װוען דער אנטיסעמיטיזם האָט אין אמעריקא עקזיסטירט נאָר אין די מיליאָנערסקע געזעלשאַפטס־קרייזען, און ביי זיי אויך נאָר אלם אַ מאָדע־זאַך, אין יענע יאָהרען האָט דער אידישער אימיגראַנט כמעט ניט געװואוסט אז דאָ איז גאָר פאַראן אזא זאַך װוי אנטי־ סעמיטיזם.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 371] דער בוך, װואו מען פאַרצייכענט װוער פון די שילער עס איז דאָ און װוער עס פעהלט.

[ז׳ 402] זיין פאַמיליע נאָמען איז געווען יאָזעף. אויף לשון קודש אָבער פלעגט מען דעם פולען נאָמען שרייבען "הרב ר' יעקב יוסף".