416די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי פון אַמעריקא האָט אָנגעקויפט אָן ענגלישע װאָכען־בלאַט מיט'ן נאָמען „װאָירקמענ'ס עדװואָקעיט". זײַן גרינדער און רעדאַקטאָר איז געװען איינער לואיס בושע, און דער פּלאַץ װואו ער האָט איהם ארויסגעגעבען איז געװען ניו הײװען. דאָרטען איז די צײַטונג געשאַפען געװואָרען אלס אָרגאַן פון די טרײד יוניאָנס. אונזער פּאַרטיי האָט איהר איבערגענומען צוזאַמען מיט איהר רעדאַקטאָר, װעלכער איז געװען סאָציאַליסטיש געשטימט, און האָט איהר אריבערגעמופט קיין ניו יאָרק מיט איהם צוזאַמען.
די הויפּט־קװואָרטיר פון דער פּאַרטיי איז דאן געװען אין 25 איסט 4טע סטריט, לעבען לאַפּאַיעט פּלייס. זי האָט פאַרנומען אַ דרײַ־שטאָקיגע הויז מיט גרעסערע און קלענערע צימערען און מיט אַ היבשען פאַרזאַמלונגס־זאַל פאר לעקטשורס און אַלגעמיינע מיטינגען. אין דיזען גרויסען זאַל פלעגען געהאַלטען װערען די ענגלישע לעקטשורם. דאָרטען פלעגען אויך פאָרקומען די אַלגע־מיינע פּאַרטיי מיטינגען פון אַלע דיסטריקטען פון ניו יאָרק. אין דעם זעלבען זאַל פלעגט מען זיך אויך צוזאַמענקומען אין עלעקשאָן־אָװוענט הערען די „ריטוירנס".
417אין דיזער געביידע איז געװען די רעדאַקציע פון דעם װועכענטליכען דײַטשען פּאַרטיי־אָרגאַן „דער סאָציאַליסט" און דאָר־טען פלעגען אויך אָפּגעהאַלטען װערען די מיטינגען פון דער נאַציאָנאַלער עקזעקוטיװו קאָמיטע און פאַרשידענע אַנדערע מיטינגען פון דער באַװעגונג. אַלזאָ, האָט די פּאַרטיי אין דער זעלבער געביידע איצט אָפּגעגעבען אַ צימער פאר דער רעדאַקציע פון דעם „װאָירק־מענ'ס עדװואָקעיט".
די גאַנצע הויז אין אַלגעמיין האָט בײַ אונז געהייסען „ליבאָר ליסעאום".
אויף בושע'ם איינלאַדונג האָב איך אָנגעהויבען מיטצואַר־בייטען אין זײַן צײַטונג. איך האָב געשריבען לענגערע זאַכען מיט מײַן אונטערשריפט, און קירצערע אָהן אַן אונטערשריפט. כמעט אין יעדען נומער האָבען זיך װעיניגסטענס געפונען אַ פּאָר נאָטיצען מײַנע.
אין דעם אָפּים פון בעגדזשאַמין טאָקער'ם פילאָזאָפיש־אַנאַרכיסטישען זשורנאַל „ליבערטי", אין רעװויער סטיישאָן, לעבען באָסטאָן, האָט דאן געאַרבייט װיקטאָר יאַראָס (יאַראָסלאַװוסקי), װעלכער איז אין אַמעריקא געקומען מיט'ן קיעװוער „עם עולם", אין 1882. ער איז געװען פון קרעמענטשוג, װואו ער האָט געהערט צו דעם זעלבען רעװואָלוציאָנערען קרוזשאָק װי ספּיװואָקאָװסקי און שאַמראַיעװוסקי. ער איז געװען איינער פון די פעהיגסטע יונגע לײַט צװוישען די אינטעליגענטע אידישע אימיגראַנטען װואָס זײַנען אין יענע יאָהרען געקומען קיין אַמערקא. ער האָט סימפּאַטיזירט מיט טאָקער'ם אידעען און איז מיט איהם באקאַנט געװואָרען פערזענליך. דאן איז ער אָנגעקומען אַרבייטען אין זײַן דרוקעריי. און אזוי אַרבייטענדיג אלם שריפטזעצער, איז ער באלד געװואָרען זײַן מיט־רעדאַקטאָר. צו דער זעלבער צײַט װואָס יאַראָם האָט אין באָסטאָן מיטגעאַרבייט אין „ליבערטי", האָב איך אַנטייל גענומען אין אונזער ענגלישען פּאַרטיי־אָרגאַן, „װאָירקמענ'ס עדװואָקעיט", און אַ פּאָר מאל האָבען מיר אויף די קאָלומס פון די צװויי צײַטונגען געפיהרט אַ פּאָלעמיק — ער אלם „פילאָזאָפישער אנאַרכיסט" און איך אלם סאָציאַליסט.
418דער עיקר פון טאָקער'ם און יאַראָס'עם „אַנאַרכיזם" איז באַשטאַנען אין פרײַע קאָנקורענץ, „אַבסאָלוט פרײַע". מיר, סאָציאַליסטען, זאָגען, אז כל זמן עם װעט זײַן קאָנקורענץ און לוין־אַרבייט, װעט ניט זײַן קיין יושר און קיין אמת'ע פרײַהייט. טאָקער'ם מיינונג איז געװען פּונקט פאַרקערט. ער האָט גע־טענה'עט אז עם איז ניטאָ קיין יושר און קיין פרײַהייט, װײַל עם איז ניטאָ קיין אַבסאָלוט פרײַע קאָנקורענץ — װײַל עם איז פאַראן אַ שטאַאט, װעלכער באַשרענקט דיזע פרײַהייט.
אין אונזערער אַ דעבאַטע האָט יאַראָם איין מאל געמאַכט אזאַ „טשעלענדזש": אויב סאָציאַליסטען זײַנען איבער־צײַגט, אז װוען די רעגירונג זאָל פיהרען די אינדוסטריען, װועט זײַן בעסער, טאָ זאָל אַ סאָציאַליסטישע רעגירונג ערלויבען פּריװואַט אינדוסטריען מיט איהר צו קאָנקורירען; זאָל זי בא־װויזען, אז זי קען איבערשטײַגען פּריװואַט אונטערנעהמער. װי באלד אבער זי װועט קיין פּריװואַט אונטערנעהמער אבסאָלוט ניט דער־לאָזען, איז אַ סימן, אז זי האָט מורא פאר זייער קאָנקורענץ.
מײַן אַנטװואָרט אויף דעם איז געװען אַ קורצער אַרטיקעל מיט דעם איבערשריפט: „מענטאַל אַנאַרקיע" (גײַסטיגע אַנאַרכיע, אַ פּלאָנטער אין מוח). זײַן אינהאַלט איז באַשטאַנען אין פאָל־גענדען: סאָציאַליסטען זאָגען אז די סאָציאַלע פראַגע קען ניט געלייזט װערען סײַדען עם װועט אין גאַנצען אָפּגעשאַפט װערען די קאָנקורענץ אין אינדוסטריע; זאָגט יאַראָם: אויב איהר זײַט זיכער, אז ניט־קאָנקורענץ איז בעסער װי יאָ־קאָנקורענץ, טאָ זאָלען די צװויי סיסטעמען קאָנקורירען איינע מיט דער אנדערער, און זאָל דער סאָציאַליזם װוייזען אז ער װעט זיגען. דאָם הייסט, יאַראָם פאָדערט, אז דורך קאָנקורענץ זאָלען מיר באװוייזען אז די אָפּשאַפונג פון קאָנקורענץ אין גוט*.
419איך האָב דיזע פּאָלעמיק געפיהרט װוען איך בין געגאַנגען אין דער לאָא סקול פון קאָלאָמביא קאָלעדזש און בין געװוען פאַר־בונדען מיט סירינג'ען. דעם אַרטיקעל „מענטאַל אַנאַרכיע" האָב איך געשריבען אויף מײַן סעקאָנד־העגדריגען דעסק, אין סירינג'ם אָפים. דאָם איז אַלזאָ געװוען אין דעם װוינטער פון 1888 און 1889.
דעם זעלבען װוינטער האָב איך אויך געהאַט אַ מינדליכע דעבאַטע אין דעם „ליבאָר־ליסעאום" פון דער אַמעריקאַנער סאָציאַ־ליסטישער סעקשאָן, אין דעם גרויסען זאַל פון 25 פערטע סטריט.
איינער פון די װואָם פלעגען רעגעלמעסיג קומען צו אונזערע פאַרזאַמלונגען איז געװוען אַ געגנער פון סאָציאַליזם, אָבער ניט פון דעם אנאַרכיסטישען שטאַנדפּונקט, אַן אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען גאָנטאָן, װעלכער האָט זיך גערופען „פּראָפעסאָר". ער האָט אימער געטראָגען אַ לאַנגען שװואַרצען ראָק און אַ װוייסען שניפּם. ער פלעגט נעמען דאָם װואָרט געגען אונזערע גערעדנער און פלעגט פאַרטיידיגען די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם, אָבער מיט גרויס העפליכקייט צו אונזער פּאַרטיי. איך בין געװוען איינער פון צװויי, דרײַ מעמבערם, װעלכע פלעגען איהם ענטפערען. װוען מיר פלעגען דאָם אַליין ניט טאָן, פלעגען די אנדערע אָנװועזענדע, אָדער די פאָרזיצערין, אונז רופען צום װואָרט.
שפּעטער האָט גאָנטאָן געפונען אַ רײַכען אַמעריקאַנער און מיט זײַן הילף האָט ער ארויסגעגעבען אַ זשורנאַל מיט'ן נאָמען „גאָנטאָנ'ס מאָנטהלי".
איינינע מאל האָב איך געהאַלטען די זונטאָג'דיגע לעקטשור פון דער סעקשאָן, און איין מאל איז אַנשטאָט די װועכענטליכע לעקטשור פאָרגעקומען אַ דעבאַטע צװוישען פּראָפעסאָר גאָנטאָנ'ען און מיר.
זײַן הויפּט געװועהר איז געװוען דאַרװויניזם — דער געװועהנ־ליכער אַרגומענט װואָם מען שטעלט ארוים געגען דעם סאָציאַליזם.
420דער דאַרװויניזם לערענט, אז קאָנקורענץ און דער קאַמף פאַר עקזיסטענץ איז דער פונדאַמענט פון ענטװויקלונג אין דער נאַטור; אז צו קאָנקורירען און קעמפען איז אַ נאַטור געזעץ, װעלכער הערשט איבער אַלע לעבעדיגע באַשעפעגישען און פלאַנצונגען. דער סאָציאַליזם װויל אָפּשאַפען די קאָנקורענץ, דעם קאַמף. אויב אזוי, הייסט דאָך דאָם, אז ער װויל געהן געגען דער נאַטור.
אין מײַן ענטפער האָב איך ערקלערט דעם עיקר פון דעם דאַרװויניזם און געװויזען אז פּראָפעסאָר גאָנטאָן האָט אַ טעות אין דעם גאַנצען ענין. איך האָב געװויזען, אז אין דעם קאַמף, װועגען װועלכען דאַרװוין רעדט, שפּילט אחדות אַ װויכטיגע ראָלע. אז איינינקייט איז אָפט אַ מעכטיגער מיטעל טאַקע אין דיזען קאַמף. איך האָב געבראַכט באַװוייזען פון דאַרװוינ'ען גופא און אויך פון דער געשיכטע פון פאַר־היסטאָרישער קולטור. אלם בײַשפּיל האָב איך אָנגעװויזען אויף דעם פאַקט, אז געװויסע באַזיאַנעם פאַראייניגען זיך אַמאָל אויפצוהויבען אַ גרויסען שטיין און װועהרענד איינינע האַלטען צו דעם שטיין, קלײַבען די איבעריגע אויף די װוערים און די זשוקעם װואָם געפינען זיך אונטער איהם און אַלע צוזאַמען מאַכען אַ סעודה. אַליין װואָלט קיינע פון זיי ניט געװוען אימשטאַנד דאָם צו טאָן.
אין דיזען פאַל, אַלזאָ, דינט די פאַראייניגונג אלם אַ װואַפע אין דעם קאַמף פאר עקזיסטענץ.
איך האָב געבראַכט אנדערע בײַשפּילען אזעלכע. און מײַן שלום איז געװוען אז דער סאָציאַליזם װועט געברויכען איינינקייט אלם אַ װואַפע אין דעם מענשענ'ם עקזיסטענץ־קאַמף מיט דער נאַטור.
עם איז מעגליך אז דעם געדאַנק האָט אימיצער שוין געהאַט ארויסגעבראַכט. אויב יאָ, האָב איך פון דעם ניט געהערט. עטליכע יאָהר שפּעטער האָט פּרינץ קראָפּאָטקין דעם זעלבען געדאַנק ענטװויקעלט מיט אָריגינעלע בײַשפּילען אין זײַן בוך „געגענזײַטיגע הילף בײַ חיות". אין דעם בוך זײַנען אַרײַנגעקומען אַרטיקלען, װועלכע ער האָט פריהער געדרוקט אין אַן ענגלישען זשורנאַל. װוען איך האָב געהאַט די דעבאַטע מיט פּראָפעסאָר גאָנטאָנ'ען, זײַנען נאָך יענע אַרטיקלען ניט ערשינען.
421מיט אַ קורצער צײַט איידער דיזע שורות זײַנען געשריבען געװואָרען, האָב איך דורכגעבלעטערט דעם „װאָירקמענ'ס עדװואָ־קעיט" פון יאָהר 1889. דער נומער פון 6טען אפּריל ענטהאַלט אַ גרויסען אַרטיקעל פון דרײַ געדיכטע קאָלומס, װועלכער טראָגט מײַן נאָמען. דער אַרטיקעל הייסט „רעאַליזם". קיין דירעקטע שײַכות צו ליטעראַטור האָט ער ניט. עם איז אַ מין פילאָזאָפישע באַטראַכטונג פון דעם עיקר פון קונסט אין אַלגעמיין.
די טעמע האָט אָבער אין מײַן מח געשטאַמט פון מײַן װואַקסענדען אינטערעם אין רעאַליסטישער בעלעטריסטיק. האָװעלם'ען און דזשיימם'ען, די װויכטיגסטע אַמעריקאַנער שרײַבער פון יענע צײַטען, פלעגט מען רופען רעאַליסטען, און איך האָב זייערע װוערק געלעזען מיט התמדה. צו דער זעלבער צײַט האָב איך פון דאָם ניי איבערגעלייענט די װויכטיגסטע פון טאָלסטאָי'ם װוערק. עם האָבען זיך גענומען באַװוייזען ענגלישע איבערזעצונגען פון דיזע װוערק. און אין די קריטיקען אויף זיי, װואָם זײַנען געװוען געדרוקט אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען, פלעגט דער װואָרט „רעאַליזם" געברויכט װוערען גאַנץ אָפט. נאָך אָפטער פלעג איך דעם אויסדרוק זעהן אין באַצוג צו האָװעלם'ען און דזשיימם'ען.
ליטעראַטור איז דאן בײַ מיר געװוען נאָר אַ צײַט־פאַרטרײַב. װוען איך פלעג זיך פאַרטראַכטען װועגען ליטעראַרישע ענינים, פלעגט דער מוח זיך ארײַנלאָזען אין אַבסטראַקטע געדאַנקען װועגען זיי, און דאָם רוב פלעגט ער ממילא שוין צוקומען צו אַ שײַכות צװוישען דיזע ענינים און סאָציאַלע פראַגען.
טיילװוייז האָט די טעמע „רעאַליזם" געהאַט צו טאָן מיט די בילדער פון דעם באַריהמטען רוסישען מאָהלער, װוערעשטשאַגין. ער האָט באַזוכט אַמעריקא און האָט זײַנע באַריהמטע מלחמה־בילדער אויסגעשטעלט אין אַ ניו יאָרקער גאַלערעע. איך בין זיי געגאַנגען זעהן. די קונסט־קריטיקער פון די ניו יאָרקער 422צײַטונגען האָבען געלויבט זײַן טאַלאַנט; זיי האָבען אָבער פאַרדאַמט דעם אינהאַלט פון זײַנע בילדער. די אויפגאַבע פון קונסט איז צו פאַרשאַפען פאַרגעניגען, האָבען זיי געשריבען. װוערעשטשאַגין'ם בילדער אָבער פאַרשאַפען שמערצען. עם איז שרעקליך צו זעהן אַ מלחמה־האָספּיטאַל, װואו צעהנדליגער סאָל־דאַטען זײַנען פאַרקריפּעלט — דער אָהן אַ האַנט, דער אָהן אַ פום — און פאַרבאַנדאַזשירט אזוי, אז די בלוט שלאָגט דורך דעם באַנדאַזש.
דיזע קריטיקען האָבען מיך געערגערט, און איך האָב װועגען זיי געהאַלטען אַ לעקטשור אין ליבאָר־ליסעאום. איך האָב אָנגעהויבען צו לעזען װועגען קונסט אין אַלגעמיין. איך האָב איבערגעלייענט ספּענסער'ם אָפּהאַנדלונג װועגען דעם ענין. ניט מיט אַלץ בין איך אײַנפאַרשטאַנען געװוען. בײַ מיר האָט זיך אויסגעאַרבייט אַ דײַטליכער באַגריף װועגען דער פראַגע, און דעם דאָזיגען באַגריף האָב איך איבערגעגעבען אין מײַן אַרטיקעל איבער רעאַליזם. מײַן הויפּט געדאַנק איז באַשטאַנען אין פאָלגענדען:
דער סוד פון רעאַליסטישער קונסט ליגט אין דעם פאַקט, אז אַ מענש האָט פאַרגעניגען װוען מען שפּיגעלט פאַר איהם אָפּ די װואַרהייט. װוען דאָם װואָם עקזיסטירט, װוערט פאַר איהם פאַר־געשטעלט מיט פאַרב, שניצעריי אָדער װוערטער, אָבער טרײַ צום אָריגינאַל, האָט ער הנאה דערפון. דאָם גופא װואָם די פאָרשטעלונג איז אַ ריכטיגע, פאַרשאַפט איהם אַן אנגענעמען געפיהל. מען מיינט דאָ ניט קיין טויטע פאָטאָגראַפיע, נאָר אַ קינסטלערישע אויפ־לעבונג. אויב דיזע קינסטלערישע װוידערהאָלונג שטימט מיט דער זאַך, איז דאָם גופא, דיזע ריכטיגקייט, דיזע קינסט־לערישע אויפריכטיגקייט, אַ קװואַל פון עסטעטישען גענום. דער גרונד דערפון באַשטעהט אין דעם, װואָם דער אמת איז אונז ליב; דער אמת איז אַ קװואַל פון תענוג. װוען מיר דערקעננען אַ באַקאַנטען אויף אַ פּאָרטרעט, גיט די האַרץ אַ ציטער פון הנאה. די דערקעננונג איז אונז ליב.
קאַפּיטאַליסטישע קריטיקער װוילען ניט דעם אמת, װוײַל ער שטערט דעם קלאַם, װועלכען זיי רעפּרעזענטירען.
דאָם איז דער הויפּט־געדאַנק פון מײַן אַרטיקעל. װוען איך 423האָב איהם איבערגעלעזען מיט 37 יאָהר שפּעטער, האָב איך, ביז אַ געװויסען גראַד, אין איהם געפונען אַ צופרידענשטעלונג, הגם הײַנט װואָלט איך דאָם זעלבע אויסגעדריקט גאַנץ אַנדערש. דער אַרטיקעל געהט איבער צו דער סאָציאַלער פראַגע, און דאן באַשטעהט אַ היבשע טייל זײַנע פון פּראָפּאַגאַנדאַ געדאַנקען, װועלכע שטערען דעם אײַנדרוק פון אויפריכטיגקייט.
לעזענדיג דעם אַרטיקעל איצט, אונגעפעהר װוען דיזע צײַלען װוערען געשריבען, װואָלט איך געקענט אָנװוייזען מיט'ן פינגער, װועלכע שטעלען עם זײַנען געשריבען געװוארען פון האַרצען, מיט איבערצײַגונג, און װועלכע עם זײַנען געשריבען געװוארען נאָר אלם פּראָפּאַגאַנדאַ פּליכט.
איך האָב אבער אזעלכע פּראָפּאַגאַנדע שטעלען אַרײַנגעשריבען מיט'ן עהרליכסטען אבזיכט. מיר פלעגען מיינען, אז מען מוז אזוי טאָן, און איצט זײַנען נאָך אויך פאַראן גענוג סאָציאַליסטען װואָם מיינען אזוי. דאָם פלעגט געטאָן װוערען פון זיך אַליין. אלם אַ גאַנץ נאַטירליכע זאַך. פון דעם דאָזיגען פעהלער האָט געליטען כמעט אלץ, װואָם איך האָב געשריבען אין יענע יאָהרען.
דער לענגסטער אַרטיקעל, װואָם איך האָב געהאַט אין דעם „װאָירקמענ'ס עדװואָקעיט", איז ערשינען מיט עטליכע װואָכען נאָך דעם אַרטיקעל „רעאַליזם". ער איז געװוען געדרוקט אין צװויי נומערען, דעם 25טען מאַי און דעם 1טען יוני. צוזאַמען זעקם געדיכטע קאָלומס. דער נאָמען איז געװוען „סאָשעל רעמעדים" (סאָציאַלע רפואות). אין איהם האָב איך באַטראַכט די מיטלען װואָם ניט־סאָציאַליסטען שלאָגען פאָר אויף צו באַפרײַען די װועלט פון איהרע אונרעכטען, און אונזערע אידעען. איידער דער אַרטיקעל איז געװוען געדרוקט, האָט די נאַציאָנאַלע עקזעקוטיװו קאָמיטע איהם איבערגעלעזען, און עם איז באַשלאָסען געװואָרען, אז נאָכדעם װוי די זעקם קאָלומס װועלען שוין ערשיינען, זאָל מען דעם זאַץ געברויכען אויף אַ בראָשורע. די בראָשורע איז ערשינען אין יוני.
אין דער רעדאַקציע פון דעם „װאָירקמענ'ס עדװואָקעיט" בין איך נאָהענט בעקאַנט געװואָרען מיט לוסיען סעניעל'ן. ער איז 424געװוען דער װויכטיגסטער מיטאַרבייטער פון דער צײַטונג. מיר האָבען ביידע פאר איהר געשריבען אָהן געצאָהלט. ער איז שוין דאן געװוען אין די װוייטערע מיטעלע יאָהרען — אַ הויכער מאַן, מיט ברייטע פּלייצעם, מיט אַ גרויסען שעהנעם פראַנצויזישען פּנים, מיט דונקעל־ברוינע האָר, עטװואָם באַשפּרינקעלט מיט גרויקייט. ער פלעגט שמעקען טאַבאַק. דער איינציגער געבילדע־טער מאַן, װואָם איך האָב װוען עם איז געקענט, װועלכער האָט געהאַט דיזע געװואוינהייט.
אין די „קורצע לעסאָנם איבער פּאָליטישע עקאָנאָמיע", װועלכע ער האָט געשריבען פאר דעם „װאָירקמענ'ס עדװואָקעיט", האָבען זײַנע פעהיגקייטען אלם דענקער און זײַן טאַלאַנט אלם שרײַבער זיך ארויסגעצײַגט אויף אַ גלענצענדען שטייגער. ער האָט געשריבען אַ מײַסטערהאַפטען ענגליש, און גערעדט ענגליש האָט ער אויך גלענצענד. די אויסשפּראַך בײַ איהם איז אָבער געװוען אַ שטאַרק פראַנצויזישע, פול מיט ניט־ענגלישע קלאַנגען.
מיט זײַן פערזענליכען כאַראַקטער האָט ער ארויסגערופען דעם העכסטען רעספּעקט און די װואַרימסטע ליבע אין יעדען, װואָם איז מיט איהם געװוארען נאָהענט באַקאַנט.
איך האָב דאָ דערמאָנט דעם רוסישען מאָהלער װוערעש־טשאַגין און זײַן בילדער־אויסשטעלונג. די דאָזיגע אויסשטע־לונג איז פאַרבונדען אין מײַן געדאַנק מיט אַ פּאַסירונג און אַ שטימונג, װועלכע געהערט צו מײַנע ליבסטע עראינערונגען. איך װועל דעריבער דערצעהלען די איינצעלהייטען.
דאָם איז געװוען אַ יאָהר פאר דער צײַט בײַ װועל־כער מיר האָלטען דאָ, אין איינער פון יענע װואָכען, װוען איך און מײַן פרוי פלעגען זײַן באַקאַנט מיט דעם טעם פון נויט. װואָהרשײַנליך האָב איך דאן געהאַט צו־װוייניג לעסאָנם, און די פאַרדינסטען פון מײַן שרײַבען אין די ענגלישע צײַטונגען זײַ־נען גראָד דאן מסתמא אויך געװוען זעהר קליין. יעדענפאַלם גע־
425דענק איך דײַטליך, אז מיר האָבען עטליכע טעג געהאַט קוים־קוים דורכצוקומען. אָבער זעהן װוערעשטשאַגינ'ם באַריהמטע געמעלעכצען פון דער רוסיש־טערקישער קריג פון 1877 האָט זיך אונז שטאַרק געװואָלט. האָבען מיר ניט געשטעלט קיין פראַגען, און כמעט פאר דעם לעצטען דאָלאַר האָבען מיר גע־קויפט טיקעטם. מיר האָבען אויף דער אויסשטעלונג פאַר־בראַכט פילע שטונדען. עטליכע צימערען זײַנען געװוען פאַרנו־מען מיט בילדער, גרעסערע און קלענערע, גאַנץ גרויסע און גאַנץ קליינע; און מייסטע פון זיי האָבען אַ שײַכות צו די שלאַכט־פעלדער פון דער רוסיש־טערקישער קריג.
אויף איין באַריהמטען בילד װוערט פאָרגעשטעלט װוי אַ גלח געהט אום איבער די קברים פון די געפאַלענע סאָלדאַטען, ער האַלט אַ װוייראָך־פּושקע פאר אַ קייטעל, און װויגט איהר איבער די בערגלעך ערד, זאָגענדיג זײַן תפלה. מיר זײַנען געשטאַנען און געקוקט אויף די רײַכע דעליקאַטע קאָלירען פון דעם גרויסען געמעהלעכץ, אויף דער הייליגער געהיימניס, װואָם האָט געשװועבט איבער די קברים.
אַ סך אויפמערקזאַמקייט האָבען געצוייגען דרײַ קליינע ביל־דער, אויף װועלכע עם איז געװוען פאָרגעשטעלט דער זעלבער סאָלדאַט. עם איז אַ שרעקליכע זאַווערוכע, און דער סאָלדאַט שטעהט אויף דער װואַך. אויף איין בילד שטעהט ער מיט'ן ביקם אויפ'ן פּלייצע. אויף דעם צװוייטען זעהען מיר איהם אַ צוזאַמענגעקאַרטשעטען פון דעם שניי־שטורם און דעם פראָסט, מיט די פים אײַנגעגראָבען אין שניי, מיט דער ביקם אראָפּגע־גליטשט און צוגעדריקט צום האַרצען מיט פאַרגליװוערטע אָרעמם. אויפ'ן דריטען איז ער שוין באַגראָבען אין שניי, דער ביקם ליגט אָן אַ זײַט.
די אויבען־דערמאָנטע פיקטשור פון דעם האָספּיטאַל אויפ'ן שלאַכטפעלד איז געװוען שרעקליך צו זעהן. אַ מאַסע סאָל־דאַטסטע פיגורען, יעדע אזוי װוי אַ װוירקליכע. אַ יאַטקע פון צוקאַליעטשעטע מענשען, פון רויהע, בלוט־נאַסע װואונדען, פון בלאַסע, מלאך־המות־געסטראַשעטע פנים'ער, אויגען פול מיט אַ גלײַכגילטיגקייט, װואָם איז שרעקליכער װוי טויט־שרעק. עם 426אַיז געװען שױדערליך צו קוקען, און דאָך האָט געצױגען װידער און װידער צו קוקען.
אן עהנליכען בילד האָט װערעשטשאַגין געהאַט אױף זײן אױסשטעלונג אין פּעטערסבורג, און װען דער רוסישער קיסר, אלעקסאַנדער דער צװײטער, האָט איהם געזעהן, האָט ער געפרעגט בײ זײן אדיוטאַנט: „צי דען שטעלט דאָס פאָר די װירקליכקייט?"
און דער אדיוטאַנט האָט געענטפערט: „אַה, נײן, אײער מאַיעסטעט! דאָס איז בלױז אַ פאַנטאַזיע פון דעם מאהלער."
װען מען האָט עס איבערגעגעבען װערעשטשאַגין'ען, האָט ער אַראָפּגענומען דעם בילד פון װאַנט און איהם פאַרניכטעט.
ניט נאָר מיט די בילדער פון פאַרװאונדעטע אָדער טױטע סאָלדאַטען האָט װערעשטשאַגין'ס אױסשטעלונג געמאַכט אַ טיפען אײנדרוק געגען מלחמה און געגען דער מיליטערישער מאַכט אין אלגעמיין. אפילו די לעבעדיגע און געזונטע סאָלדאַטען אױף זײנע געמעלעכצען האָבען אױך געהאַט אזאַ װירקונג. ער האָט זײ געמאָהלען מיט אַ טיפער קינסטלערישער טרײהײט, מיט אַ טיפער אמת'דיגקייט. און דער רעזולטאַט איז געװען, אז אָנשטאָט צו זעהן פאַר זיך אַ העלדישען סאָלדאַט, פול מיט קאַמפ-לוסט, האָט איהר געזעהן אן אומגליקליכען סאָלדאַט'ל. זײנע מיליטערישע קלײדער זײנען געהאנגען אױף איהם. זײ האָבען אױסגעזעהן אזױ אָרים, אזױ צרה'דיג. דער גאַנצער מענ־ש האָט געמאַכט דעם אײנדרוק פון אַ נעבעכעל. אָנשטאָט צו פיהלען זײן קאַמפ-לוסט, האָט איהר געפיהלט אַ רחמנות אױף איהם.
צװישען די גאַנץ גרױסע בילדער איז געװען אײנער, װעל־כער האָט פאָרגעשטעלט אַ הינריכטונג, תליות.
װערעשטשאַגין אַלײן האָט אַרומגעשפּאַצירט אין די גאַ־לערעע-צימערען מיט אײניגע פון די באַזוכער און געשמועסט מיט זײ װעגען די בילדער און װעגען אַנדערע זאַכען.
אונטען איז געװען אַ „רעסעפּשאָן רום", װאו אַ רוסישער 427װעיטער אין אַ רוסישען פאָלקס-קאָסטיום האָט יעדען, װאָס האָט זיך געזעצט בײם טיש, דערלאַנגט אַ גלאָז סאַמאָװואַר-טײ מיט רוסישע געבעק.
װען מיר זײנען דאָרטען געזעסען און געטרונקען טהײ, האָט זיך לעבען אונז געזעצט װערעשטשאַגין און נאָך אַ פאָר רוסען. עס איז געװואָרען אַ מין „פאַרטי". דער קינסטלער האָט גע־זונגען רוסישע לידער, װעלכע זײנען אונז געװען אזױ ליב.
אַ מערקװירדיגע שטימונג איז דאָס געװען! דער אײנדרוק פון דעם סימפּאַטישען גרױסען מאָהלער, פון זײן רוסישען גע־זאַנג, פון זײן גאַסט-פרײנדליכקייט און אײנפאַכקייט, האָט זיך צוזאַמענגעמישט מיט דער נשמה-דורכדרינגענדער געהײמניס און פּאָעזיע װואָס האָבען אַרױסגעקוקט פון זײנע פאַרבען. מיר זײ־נען אוועק אַהיים אין אַ געמיט, װועלכען מיר קענען קײנמאָל ניט פאַרגעסען.
דאָס איז געװען אין אַ שבת. אױף מאָרגען, זונטאָג, װען איך בין אױפגעשטאַנען, איז מײן ערשטער געפיהל געװען, אז איך װואָלט זעהר װועלען געהן צו דער אױסשטעלונג נאָך אַמאָל. און דער באַגעהר האָט מיך ניט אָפּגעלאָזען. איך האָב אָבער בײ זיך אין פאַקעט געהאַט פּונקט גענוג אױף צו באַצאָהלען פאַר אַ דינער פאַר אונז בײדען. אױב מיר זאָלען װידער געהן צו דער אױסשטעלונג, װועט ניט זײן װואָס צו עסען. מיר איז אײנגעפאַלען אַ פּלאַן אין קאָפּ: מען גיט דאָרטען טהײ מיט רוסישען קעיק, װועט דאָס זײן אונזער דינער.
מילא אױף מײן אײגענעם מאָגען האָב איך געקענט זײן אַ בעל-צדקה. װוער װויס אָבער װואָס אניוטא װועט זאָגען? עס איז מיר שװוער געװען איהר דעם פּלאַן פאָרצולײגען. אָבער ענדליך האָב איך דאָס געטאָן.
איהר ענטװואָרט איז געװען אַ שמייכעל. זי האָט געהאַט פּונקט דעם זעלבען געדאַנק, און זי האָט ניט געהאַט קיין מוטה מיר צו מאַכען דעם פאָרשלאָג.
מיר זײנען אװעק אױף דער אױסשטעלונג און מיר האָ־בען דאָרטען װידער פאַרבראַכט דעם גאַנצען טאָג.
428די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטי האָט ביסלעכװוײז גענומען װוערען טעטיג צװוישען אמעריקאַנער. װוי מיר װוייסען שױן, איז זי אײגענטליך געװען אינגאַנצען אַ דײטשע פּאַרטי. נאָר מען איז דאָך עפּעס פאָרט אין אמעריקא, האָט מען גענו־מען אַרבייטען פאַר דער אמעריקאַנער אגיטאַציע. מיר האָ־בען אױבען געזעהן װוי אזױ די פּאַרטי האָט געקױפט דעם „װואָירקמענ'ס עדװואָקעיט" און געמאַכט איהם פאַר איהר אָרגאַן. אױך האָט זי אָנגעהױבען צו באַזאָרגען מיטינגען מיט ענגלישע רעדנער. אין 1889 האָט זי אָנגעשטעלט אַ ספּעציעלען ענגלישען אגיטאַטאָר מיט'ן נאָמען טהאָמאַס גאָרסײד. דאָס איז געװען אַ שעהנער יונגערמאַן, מיט אַ קלײנער, געלער בערדעלע. אלײן איז ער געװען פון סקאָטלאַנד, נאָר איצט איז זײן הײם געװען אין אמעריקא. ער האָט געװואױנט אין באַלטימאָר, װואו ער האָט געהאַט אַ פרױ מיט קינדער. פריהער האָט ער שטודירט אױף גלח; איצט אָבער איז ער צװוישען דײטשע סאָציאַליסטען באַקאַנט געװואָרען אלס אַ אַ סאָציאַליסט. ער האָט געהאַט אַ פיינע באַריטאָן שטימע און איז געװען אַ גוטער רעדנער. אלזאָ, האָט די פּאַרטי איהם אָנגעשטעלט ארומצופאָהרען פון שטאָדט צו שטאָדט, האַלטען לעקטשורס און רעדעס. אומעטום האָט ער זיך אָפּגעשטעלט בײ אַ דײטשען גענאָסע. אױף רײזע-קאָס־טען האָט מען איהם געגעבען, און זײן פרױ האָט מען געצאָהלט 15 דאָלאַר אַ װואָך אױף צום לעבען. אין יענע צײטען און אונ־טער יענע אומשטענדערען פון אונזער פּאַרטי האָט זיך דאָס גע־רעכענט פאַר גענוג.
אין אַ געװויסען נאָכמיטאָג האָט איהם פאַר מיר פאָרגע־שטעלט אײנער פון די דײטשע גענאָסען, אַ מיטגליד פון דער עקזעקוטיװו קאָמיטע, און אױך בושע. דאָס איז פאָרגעקומען אין דעם גרױסען זאַל פון אונזער לײבאָר-לײסעאום. מיר זײנען אַ געװויסע צײט געשטאַנען און גע'שמועסט. שפּעטער, װוען דער 429דײטשער גענאָסע האָט מיר געפרעגט װוי עס געפעלט מיר גאָר־סײד, האָב איך געענטפערט:
„איך װוייס ניט; ער מאַכט אױף מיר עפּעס ניט קײן גו־טען אײנדרוק. ער באַריהמט זיך, רעדט נאָר פון זיך, מאַכט אַ פּוריץ, און זײנע דײד קלינגען מיר ניט אױפריכטיג".
דער דײטשער גענאָסע האָט מיר אױסגערעדט פאַרװואָס איך זאָג אזעלכע זאַכען. זוועגען אזאַ װואױלען מענשען און אזאַ װויכ־טיגער פּערזאָן װוי גאָרסײד.
שפּעטער איז װוועגען דיזען „װואױלען מענשען" אָנגעקו־מען אַן אונאָנגענעהמער באַריכט. אַ זאָנדערבאַרע געשיכטע האָט מען פאַרעפענטליכט װוועגען איהם.
װוען ער איז געװוען אין ניר-אָרליענס, האָט ער אײן מאָל בײנאַכט געמאַכט אַ געשרײ, אז אימיצער האָט איהם אַטאַ־קירט מיט אַ רעזאָר, און אים געװואָלט קױלען. אױף זײן האַלז האָט ער געװויזען צײכענס פון דעם רעזאָר. ער האָט דעם „אַנפאַל" ערקלעהרט דערמיט, װואָס זײן אגיטאַציע איז געפעהרליך פאַר די אמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטען. זײ האָבען געשיקט אַ שליח אים צו טױטען, הײסט עס.
די געשיכטע איז פאָרגעקומען אין דער װואױנונג פון אַ דײטשען גענאָסע מיט'ן נאָמען נאַמען בעטש. גאָרסײד האָט דערצעהלט, אז דער מען איז אַרײנגעדרונגען צו איהם אין צימער דורכ'ן פענסטער. ער, גאָרסײד, האָט איהם אָפּגעבאַפט פאַר'ן האַלז אײ־דער יענער האָט באַװוױזען איהם צו קױלען. דאַן איז דער אנגרײפער אנטלאָפען, און לױפענדיג האָט ער דעם רעזאָר אװעק־געװואָרפען אױפ'ן יאַרד, צװוישען קלעצער. מען האָט געזוכט צװוישען די קלעצער און מען האָט װוירקליך געפונען אַ נײעם רעזאָר. האָט אָבער בעמש'ס װוהן דעם רעזאָר דערקענט: ער האָט איהם געזעהן פריהער, און טאַקע בײ קײן אַנדערען װוי בײ גאָרסײד'ען. גאָרסײד האָט דאָס געלײקענט. ער האָט קײן מאָל קײן רעזאָר ניט געהאַט, — האָט ער ערקלעהרט. אָבער דער יונגער בעטש איז געװוען אבסאָלוט זיכער, אז ער האָט אזאַ רעזאָר געזעהן בײ איהם.
דאָס אַלץ האָט געשטימט מיט אײניגע באַריכטען, װואָס 430מען האָט װוועגען גאָרסײד'ען באַקומען פון אנדערע שטעדט, װועל־כע ער האָט באַזוכט אױף זײן טור. צום בײשפּיל: זײענ־דיג אין שיקאַגאָ האָט ער אַטאַקירט די אַכט-שטונדען-באַװועגונג אלס ניט ראַדיקאַל גענוג, און נאָכהער, זײענדיג אין סט. לואים, האָט ער, אױף אַ מיטינג פון אַ דאָרטיגער יוניאָן, געהאַלטען אַ פיערדיגע רעדע פאַר דער אַכט-שטונדען באַװועגונג. אין שי־קאַגאָ האָט ער דערצעהלט, אז ער האָט באַקומען בריף, דורך װועלכע מען סטראַשעט איהם מיט טױט, און אין מיננעאַפּאָ־לים האָט ער דערצעהלט װוי אײנער האָט איהם אײנגעלאַדען צו מאַכען אַ שנאַפּס, און אין דעם שנאַפּס האָט ער אַרײנגע־שאָטען גיפט.
די געשיכטע מיט'ן רעזאָר איז געװוען אָפּגעדרוקט מיט אלע אײנצעלהײטען אין דער ניו-אָרליענסער צײטונג „גלאָוב דעמאָ־קראַט".
די נאַציאָנאַלע עקזעקוטיװוע פון דער פּאַרטי האָט אלץ אונטערזוכט און דער רעזולטאַט איז געװוען, אז מען האָט דעם אגיטאַטאָר מיט דער געלער בערדעלע געגעבען אַ „פּאַסיר־צעטעל".
דאָס איז פאָרגעקומען אין דעם מאָנאַט מאַי, 1889. אין דעם נומער פון „װואָירקמענ'ס עדװואָקעיט" פון דעם 25טען מאַי איז אָפּגעדרוקט אַן עדיטאָריעל אונטער פאָלגענדער קעפּעל:
„מען האָט אױסגעפונען װוער ער איז און מען האָט איהם אַרױסגעטריבען. — נאַרישע באַריהמערײ און אַ ברעגענדיגער װואונש צו װוערען באַריהמט. — סענסאַציאָנעלע טריקס אום צו שפּילען די ראָלע פון אַ העלד. — זײן גרױסער בלאָף אין ניו-אָרליענס. — זײן ערציהונג אלס אַ גלח".
דער אױבענדערמאָנטער דײטשער גענאָסע, װועלכער האָט גאָרסײד'ען פאָרגעשטעלט פאַר מיר, איז דאַן צו מיר צוגעקומען און געזאָגט:
431יאָהאַן מאָסט'ען, דעם פיהרער פון די אנאַרכיסטען. ער האָט זיך פאַר איהם פאָרגעשטעלט אלס אַ קרבן פון די סאָציאַל-דעמאָקראַ־טען און ערקלעהרט אז מען פאַרפאָלגט איהם דערפאַר, װואָס ער איז אַ צו-עהרליכער רעװואָלוציאַנער; װוייל מיר װוילען אז ער זאָל נאָר רײדען װוועגען שטים-קאַסטען און ער װויל דוקא רײ־דען װוועגען רעװואָלוציע.
די אנאַרכיסטען האָבען איהם גלײך אָנגעשטעלט, און ער האָט פאַרטגעזעצט זײן אגיטאַציע שױן אלס ברעגענדיגער „סאָ־ציאַל-רעװואָלוציאַנער".
ענדע זומער 1889 האָט זיך אין פּאַריז פאַרזאַמעלט דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער סאָציאַליסטישער קאָנגרעס. דאָס איז געװוען דער ערשטער פון דער צװוייטער סעריע קאָנגרעסען אזעלכע, דער אָנהױב פון דעם „צװוייטען אינטערנאַציאָנאַל", װועלכער עקזיסטירט נאָך הײנט (דער ערשטער איז געגרינ־דעט געװואָרען פון קאַרל מאַרקס'ן אין 1864, און ער האָט זײן עקזיסטענץ געענדיגט אין די 70-ער יאָהרען). בושע, דער רע־דאַקטאָר פון דעם „װואָירקמענס עדװואָקעיט", איז געװוען ער־װועהלט פון דער נאַציאָנאַלער עקזעקוטיװו קאָמיטע אלס דעלע־גאַט צו דיזען קאָנגרעס, און ער איז אװעקגעפאָהרען קײן פּאַריז. אלס פאָרשטעהער פון די פאַראײניגטע אידישע געװוערקשאַפטען איז צום זעלבען קאָנגרעם געפאָהרען לואי מיללער.
אין דער צײט װואָס בושע איז ניט געװוען אין ניו יאָרק, האָט סעניעל פאַרנומען זײן פּלאַץ אלס רעדאַקטאָר. איך פלעג אַרױפקומען כמעט יעדען טאָג און פלעג איהם אױסהעלפען אין דער רעדאַקציאָנעלער אַרבייט.
432אײן מאָל, אין אַ פאַרלױף פון די עטליכע װואָכען װואָס סעניעל האָט פאַרנומען בושע'ם פּלאַץ, איז אין דער רעדאַקציע אַרױפ־געקומען דער אױבען דערמאָנטער דעניעל דע-ליאָן*. ער איז ניט געװוען קײן סאָציאַליסט—װוייניגסטענס האָט ער זיך נאָך ניט ער־קלערט אלס אזעלכער. אָבער דורך דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפיין איז ער באַקאַנט געװואָרען מיט אײניגע פון אונזערע אנגעזעהענע מיטגלידער, און צװוישען זײ — מיט סעניעל'ן. אלזאָ, איז ער גע־קומען איהם באַזוכען. מיר זײנען אזױ אָפּגעזעסען אַ לאַנגע צײט צוזאַמען, שמועסענדיג, און װוען ער איז אװעק, האָט סע־ניעל מיר אױפמערקזאַם געמאַכט אױף דעם כאַראַקטער פון דע־ליאָן'ס רײד — אז ער שטעהט איצט אַ סך נעהנטער צום סאָציאַליזם װוי פריהער.
אין סעפּטעמבער האָט זיך בושע אומגעקערט פון יוראָפּ און ער האָט צוריק איבערגענומען די רעדאַקציע. ער איז אָבער לאַנג אין איהר ניט פאַרבליבען.
אין דער פּאַרטי איז נאָך פון פריהער געװואקסען אַ פיינד־ליכער געפיהל צװוישען צװויי צדדים, און איצט האָט ער זיך ענטװויקעלט אין אַן אָפענעם צוזאַמענשטױס און שפּאַלטונג. בושע האָט גענומען אַן אַקטיװוען אנטײל אלס אַ פאָרשטעהער פון אײנעם פון די פיינדליכע פראַקציעס, און זײן פראַקציע האָט פאַרלאָרען. אלס רעזולטאַט דערפון איז ער געװואָרען אױס רע־דאַקטאָר. אום דער לעזער זאָל זיך קענען קלאָהר פאָרשטעלען װואָס עס האָט פּאַסירט, מוזען מיר צוערשט זיך װוידער אָפּשטע־לען אױף דעם פאַקט, אז די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטי איז דאַן געװוען אַ דײטשע פּאַרטי. די פאָר אמעריקאַנער סעק־שאָנס װואָס זי האָט אָרגאַניזירט אין ניו יאָרק און אנדערשװואו, זײנען געװוען נאָר אַ שװואכער אָנהױב. באַטראַכטענדיג אונזער 433פּאַרטי דאַן, האָט מען געקענט מײנען, אז די אמעריקאַנער זײנען די אױסלענדער, און די דײטשען זײנען די היגע. אזױ װוי די דײטשע אימיגראַציע איז יאָהרען לאַנג געװוען גרױס, האָבען פילע אמעריקאַנער שטעדט געהאַט גרױסע דײטשע באַפעל־קערונגען, און מײסטענס פלעגען די דײטשע אימיגראַנטען פיה־רען אן עכט-דײטשען לעבען. אין צעהנדליגע שטעדט האָט די פּאַרטי געהאַט סעקשאָנס, און כמעט אומעטום זײנען זײ געװוען דײטשע אָרגאַניזאַציעס. זײ האָבען די מיטינגען געפיהרט אױף דײטש, געזונגען דײטשע סאָציאַליסטישע לידער, און װוען זײ האָבען געהאַט אַ צײטונג, איז דאָס געװוען אַ דײטשע. די סאָציאַליסטישע פּרעסע איז געװוען הױפּטזעכליך אַ דײטשע פּרע־סע. דעם „װואָירקמענס עדװואָקעיט" האָבען די דײטשען גע־קױפט ערשט מיט אַ פאָר יאָהר פריהער.
דער אָפיציעלער נאַציאָנאַלער אָרגאַן פון דער פּאַרטי איז געװוען די דײטשע װואכענשריפט „דער סאָציאַליסט", װועלכע איז ערשינען אין 25 איסט 4טע סטריט, און זײן רעדאַקטאָר, ראָזענבערג (ניט קײן איד) איז אײגענטליך געװוען דער אָפי־ציעלער פיהרער פון דער פּאַרטי. יאָנאַס, שעװויטש און דואי זײנען געװוען די לידערס פון דער באַװועגונג אין ניו יאָרק. אָבער די טעגליכע „פאָלקס-צײטונג", מיט װועלכער זײ זײנען גע־װוען פאַרבונדען, איז, װוי שױן געזאָגט, געװוען דאָס אײגענטום פון אַ ניו יאָרקער פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן, אַ סאָציאַליסטישע, נאַ־טירליך, אָבער ניט קײן אָפיציעלער צװוייג פון דער פּאַרטי.
איבער דער ריכטונג פון דעם „סאָציאַליסט", איז דאָס אַרױסגעקומען דער צוזאַמענשטױס. דער „סאָציאַליסט" האָט אַטאַקירט די ניט-סאָציאַליסטישע יוניאָנס. די „פאָלקס-צײטונג", װוידער, איז געװוען געגען אזאַ טאַקטיק. דער „סאָציאַליסט" האָט אױף זײן זײט געהאַט פילע פון די גענאָסען איבער'ן לאַנד, און די „פאָלקס-צײטונג" איז געװוען געשטיצט פון אַ מאַיאָריטעט פון די דײטשע גענאָסען אין ניו יאָרק און אין ברוקלין.
דער שטאַנדפּונקט, פאַר װועלכען עס האָט זיך געשטעלט די „פאָלקס-צײטונג", דאָס הײסט, יאָנאַס און שעװויטש, איז באַ־ 434שטאַנען אין דעם, דאָס די פּאַרטי דאַרף די יוניאָנס פון זיך ניט פאַרטרײבען, נאָר פאַרקעהרט — ערנעהנטערען צו זיך; אז נאָר אױף אזאַ אופן קען מען אױף די אָרגאַניזירטע אַרבייטער האָבען אן אײנפלוס און אַרײנדרינגען אין זײיערע רײהען מיט סאָציאַ־ליסטישע אידעען. אזױ פלעגען זײ ערקלערען אין זײיערע אר־טיקלען און פון דער פּלאַטפאָרמע. ראָזענבערג, װוידער, און צוזאַמען מיט איהם אַ גענאָסע מיט'ן נאָמען געריקע, װועלכער איז געװוען אַ שטענדיגער מיטאַרבייטער אין דעם „סאָציאַליסט", פלעגען זאָגען, אז די „פאָלקס-צײטונג" חנפ'עט זיך צו די יוניאָנס און מאַכט צו די אױגען צו זײיער ניט-סאָציאַליסטישער טאַקטיק. זײ האָבען געפאָדערט, אז די פּאַרטי זאָל נעמען אַ „ראַדיקאַלערע שטעלונג", װוי מען רופט עס געװועהנליך אין דע־באַטען פון דיזען סאָרט.
דורך דיזער מחלוקה איז די פּאַרטי צוטײלט געװואָרען אױף צװויי פיינדליכע לאַנגערען, װועלכע זײנען באַקאַנט גע־װואָרען אונטער דעם נאָמען: „די ראָזענבערג ריכטונג" און „די פאָלקס-צײטונג ריכטונג".
דער „סאָציאַליסט" האָט ניט אױפגעהערט אָנצוגרײיפען די „פאָלקס-צײטונג". די „פאָלקס-צײטונג", װוידער, איז געװוען צו ריקגעהאַלטענער און מילדער. יאָנאַס און שעװויטש האָבען גע־האַט מעהר טאַקט און זײ האָבען געטאָן אלעם מעגליכעס אױס־צומײידען אַ שפּאַלטונג. אָבער אַ שפּאַלטונג איז געװוען אונ־פאַרמײידליך. עס איז געקומען צו אַן אָפענעם קאַמף — צװוישען דעם „סאָציאַליסט" און דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע פון דער פּאַרטי, פון אײן זײט, און דער „פאָלקס-צײטונג" און די ניו יאָרקער מיטגלידער, פון דער אנדערער זײט.
דער „װואָירקמענס עדװואָקעיט" איז אױך געװוען דאָס אײי־גענטום פון דער נאַציאָנאַלער עקזעקוטיװוע, אזױ װוי דער „סאָ־ציאַליסט", און ער איז מיטגעגאַנגען מיט ראָזענבערג'ן.
בײדע רעדאַקציעס זײנען געװוען אין דער זעלבער געבײידע, און בושע פלעגט מיט ראָזענבערג'ן און געריקע'ן זיך זעהן אלע װוײילע. דיזע צװויי דײטשען זײנען געװוען בעסערע קענער פון 435דעם סאָציאַליזם װוי בושע. אלזאָ, האָבען זײ אױף איהם גע־האַט אן אײנפלוס.
איך האָב פאַרשטאַנען אז בושע'ם טאַקטיק צו די יו־ניאָנס איז ניט קײן ריכטיגע, און איך האָב אַ פאָר מאָל מיט איהם געערדט װוועגען דעם, אָבער מיינע אַרגומענטען האָבען אױף איהם קײן װוירקונג ניט געהאַט.
אין אַ געװויסען זונטאָג נאָכמיטאָג, אין קלאַרענדאָן האָל, אױף דער 13טער סטריט, צװוישען דער דריטער עװועניו און דער פערטער, איז פאָרגעקומען אַ פאַרזאַמלונג פון דער גאַנצער ניו יאָרקער אָפּטײילונג פון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי. די פאַרזאַמלונג איז געװוען ספּעציעל פאַררופען מיט דעם צװועק צו באַטראַכטען דעם סכסוך. אלע מיטגלידער, װואָס האָבען זיך באַטײיליגט אין די דעבאַטען, אױסער אַ פּאָר, האָבען געערדט אױף דײטש, און אלע, אױסער אַ פּאָר, האָבען זיך אױסגע־שפּראָכען געגען דער האַלטונג פון דעם „סאָציאַליסט" און דעם „װואָירקמענס עדװואָקעיט" צו די יוניאָנס. די װויכטיגסטע רעדעם זײנען געהאַלטען געװואָרען פון שעװויטש'ן און יונגאַ פּאַכט'ן. בײדע האָבען זײ אַטאַקירט דער נאַציאָנאַל-עקזעקוטיװו קאָמיטע מיט איהרע צװויי אָרגאַנען. פּאַכט האָט שאַרף קריטיקירט בושע'ן. ער האָט איהם אַרױסגעשטעלט אלס אַ רעדאַקטאָר פון אַ סאָציאַ־ליסטישער צײטונג, װועלכער איז ניט באַקאַנט מיט דעם סאָ־ציאַליזם.
איך בין געװוען אײנער פון די פּאָר װואָס האָבען געהאַלטען רעדעם ניט אױף דײטש, נאָר אױף ענגליש. איך האָב זיך ער־קלערט אײנפאַרשטאַנען מיט דעם „פאָלקס-צײטונג" צד. איך האָב אָבער פאַרטײידיגט בושע'ן פּערזענליך און האָב אַפּעלירט צו זײנע געגנער אז זײ זאָלען אױסמײידען אַ שפּאַלטונג.
אז שעװויטש, פּאַכט און זײיערע אָנהענגער האָבען געהאַט רעכט, איז געװוען קלאָהר, װואָרים די יוניאָנס — דאָס הײסט די דײטשע יוניאָנס — זײנען געװוען דער גאַנצער אײיגענס װואָס די סאָציאַליסטישע באַװועגונג האָט פאַרמאָגט. און ראָזענבערג'ם און געריקע'ם אַטאַקעס זײנען געװוען געװוענדט געגען זײ אזױ גוט װוי געגען די ענגליש-רײידענדע יוניאָנס. איך בין אָבער 436געװען איבערצײגינט, אז מיט פֿריינדליכע פֿאַרהאַנדלונגען קען מען קומען צו אן אויסגלייך. פֿאַרטיידיגענדיג בושע'ן האָב איך פֿאַקט'ן געשטעלט די פֿראַגע: אויב בושע פֿאַרשטעהט ניט דעם סאָציאַליזם, טאָ פֿאַר װאָס האָט ער, פֿאַקט, אַזױ געשװינד װעגן דעם? פֿאַרװאָס איז בושע פּלוצלינג געװאָרען ערגער װי פֿריהער? איך האָב ערקלעהרט, אז בושע איז טרײַ דער באַװעגונג, אז ער איז אַ גוטער רעדאַקטאָר און אַ ניצליכער מענש, און אז די טעאָרעטישע זײַט פֿון דעם סאָציאַליזם באַהאַנד־לען אין דעם „װאָירקמענס עדװאָקעיט” סיי־װוּ־סיי אַנדערע מיט־אַרבייטער. זאָל מען נאָר מיט בושע'ן האַנדלען פֿריינדליך, װעט עד זיין שטעלונג צו די יוניאַנס ענדערען.
שעװיטש און פֿאַקט האָבען מיר געענטפֿערט און דער מי־טינג האָט כמעט איינשטימיג אָנגענומען זייער רעזאָלוציאָן געגען דעם „סאָציאַליסט” און דעם „װאָירקסמענס עדװאָקעיט”.
אויף דיזען מיטינג בין איך באַקאַנט געװאָרען מיט אַ יונגען אידישען סאָציאַליסט פֿון דייטשלאַנד, מיט'ן נאָמען אייזידאָר פֿי־ליפֿס — אַ שעהנער, נעטער יונגערמאַן, ניט קיין הויכער. געהענ־דיג פֿון דער פֿאַרזאַמלונג האָבען מיר געשמועסט װעגן די רעדעס און װעגן דער פֿראַגע, װעלכע איז דאָרט באַשפּראָכען געװאָרען. ער האָט אויף מיר געמאַכט אַ גוטען איינדרוק, און מיר זיינען באַפֿריינדעט געװאָרען.
ער האָט געאַרבייט בײַ אַ זייגער־מאַכער. אין דער היים איז ער קיין סאָציאַליסט ניט געװען; ער איז באַקעהרט געװאָרען צו אונזערע אידעען אין ניו יאָרק, לעזענדיג די „פֿאָלקס־צייטונג”. ער איז געװען זעהר טעטיג אין דער באַװעגונג, און ער איז דאָס עד־היום. װען דיזע שורות װערען געשריבען, איז ער איינער פֿון די טרײַסטע מיטגלידער פֿון אונזער פֿאַרטיי.
אין שיקאַגאָ אין דערנאָך פֿאָרגעקומען אַ קאָנװוענשאָן פֿון אַלע סעקציאַנען פֿון דער פֿאַרטיי; ריכטיגער געזאָגט, צװײי קאָנ־װוענשאָנס, װאָרים זי איז צושפּאָלטען געװאָרען נאָך אײדער די דעלעגאַטען זײַנען זיך צוזאַמענגעפֿאָהרען.
שעװיטש איז געװען די הויפֿט פֿיגור אויף די מיטינגען 437פֿון די דעלעגאַטען, װעלכע האָבען געשטיצט די פּאָליסי פֿון דער „פֿאָלקסצייטונג”, און ראָזענבערג — אויף מיטינגען, אין װעלכע עס האָבען זיך באַטייליגט דעלעגאַטען פֿון זיין פֿראַק־ציע, װעלכע ער האָט ערקלעהרט פֿאַר דער אמת'ער קאָנװוענשאָן פֿון דער פֿאַרטיי.
דער סוף איז געװען, אז אַנשטאָט אַײן סאָציאַליסטישע אַרבייטער פֿאַרטיי, זײַנען געװאָרדען צװײי.
ראָזענבערג איז אױסגעפֿעהרען קיין סינסינעטי, אַ שטאָדט, װעלכע איז געװען פֿול מיט דייטשען, און װוּ די סעקציאַן פֿון דער פֿאַרטיי איז דורכאויס באַשטאַנען פֿון זיינע אָנהענגער; ער האָט אַנאָנסירט, אז אַהין האָט געמופֿט דער נאַציאָנאַלער אָפֿיס פֿון דער פֿאַרטיי און די רעדאַקציע פֿון דעם „סאָציאַליסט”. די „פֿאָלקסצייטונג”, װידער, האָט אַנאָנסירט, אז די פֿאַרטיי איז נאָר רעאָרגאַניזירט, און אז איהר אמת'ער אָפֿיס איז אין דער לײַבאָר ליסעאום בילדינג, אין 25 איסט פֿערטע סטריט, װי געװען.
בושע איז געבליבען טרײַ דעם ראָזענבערג'ישען צד; אָרי־געדמופֿען אָבער דעם „װאָירקמענס עדװאָקעיט” אין סינסינעטי איז איהם געװען אונמעגליך. די אָפּגעשפּאָלטענע „ראָזענבערג יאַנער” אָרגאַניזאַציע איז געװען צו אָרים. און אַ חוץ דעם, איז דער ריכטיגער פּלאַץ פֿאַר אַן ענגלישען סאָציאַליסטישען אָר־גאַן ניט סינסינעטי, נאָר ניו יאָרק.
ער האָט זיך באַשלאָסען צו קעמפֿען און ניט אָפּצוגעבען דעם „װאָירקמענס עדװאָקעיט”.
מען האָט די צייטונג בײַ איהם צוגענומען מיט געװאַלט, און לוסיען סעניעל איז אָפֿיציעל באַשטימט געװאָרען אַלס רע־דאַקטאָר.
די סינסינעטיער (אָדער „ראָזענבערגנער”) ריכטונג האָט באַ־קעמפֿט די ניו יאָרקער מיט דער גרעסטער פֿאַרביסענהייט. זי
438װי עס איז שוין באַמערקט געװאָרען, בין איך אין יענע עט־ליכע יאָהרען געװען איינגאַנצען אריינגעצויגען אין דער אַמערי־קאַנער באַװעגונג און האָב אין דער אידישער זיך װייניג באַטיי־ליגט. איך פֿלעג טענה'ן, אז אונזערע אימיגראַנטען װעלען אין אַמעריקאַ קיין רעװאָלוציע ניט מאַכען, און אז דער טיפֿט צװעק פֿון דער היגער סאָציאַליסטישער אַגיטאַציע איז צו באַקעהרען ענג־ליש־דריידענדע אַרבייטער־מאַסען צו אונזערע אידעען. נאַטירליך, דערבײַ האָט געשטעקט אַ פֿערזענליכע אורזאַכע אויך. אן אימי־גראַנט האָט אַן אַמביציע צו װוערען אַמעריקאַניזירט און אַנטייל צו נעמען אין דעם לעבען פֿון דער ברײטער אַמעריקאַנער װעלט. שפּילען בײַם אַמעריקאַנער אַ ראָלע אַלס רעדנער און שרײַבער איז אים געװוים אנגענעהם.
מען פֿלעגט מיר איינלאַדען צו האַלטען לעקטשורס אָדער רעדעס אויף אידישע און רוסישע מיטינגען, און פֿון דיזע איינ־לאַדונגען האָב איך זיך קיין מאָל ניט ענטזאָגט. דאָס פֿלעגט אָבער אויסקומען ניט מעהר װי איין מאָל אין צװײי־דרײַ װאָכען. אין דער רעדאַקציע פֿון דעם „װאָירקמענס עדװאָקעיט” אָבער בין איך געװען כמעט אַ טעגליכער באַזוכער און אין די מיטינגען פֿון דעם לײַבאָר ליסעאום האָב איך זיך באַטייליגט רעגעלמעסיג.
װאָס אַנבעטרעפֿט די רוסישע פֿאַרזאַמלונגען, איז מיין הויפֿט אינטערעס אין זיי געװען פֿאַרבונדען מיט מיין אינטערעס אין דעם רוסישען פֿרײַהייטס־קאַמף. אַנטייל נעמענדיג אין רו־סישע פֿאַרזאַמלונגען אין ניו יאָרק, האָב איך אויפֿגעהאַלטען מיין גײַסטיגע נאָהענטקייט צו דער אַלטער היים.
מיט די אידישע מיטינגען איז נאַטירליך געװען אַנדערש. װען איך בין געשטאַנען און גערעדט פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אידישע ניע־פֿענטס מאַכער, טשילדרען דזשעקעט־מאַכער, קלאָוק־
439מאַכער, אָדער ראָק־שנײַדער, האָב איך געװוּסט אז דאָס איז פֿראַקטישע אַגיטאַציאַנס־אַרבייט. איך האָב געפֿיהלט אז עס איז מיין פֿליכט צו העלפֿען די אידישע אַרבייטער ענטװיקלען און אָרגאַניזירען. מיט דיזען געפֿיהל פֿון מאָראַלער צופֿרי־דענהייט פֿלעג איך האַלטען מיינע אידישע רעדעס. איך מוז אָבער װידער זאָגען: דעם פֿערזענליכען געפֿיהל קען מען ניט אָפּלייקענען. מענשען זײַנען ניט קיין מלאכים. דער באַװוּסט־זיין, אז דו טוסט דיין פֿליכט איז געשמאַק; שטעהן אָבער פֿאַר אַן עולם און באַקומען אַפּלאָדיסמענטען איז אויך געשמאַק.
די װיכטיגסטע טוער אין דער אידישער באַװעגונג זיינען דאַן געװען לואי מיללער און מיכאַיל זאַמעטקין. דער ערשטער אַלס פֿיהרער, און דער צװוייטער אַלס רעדנער.
זאַמעטקין איז אַן אדעסער און ער איז עטליכע יאָהר על־טער פֿאַר מיללער'ן. ער איז געקומען קיין אַמעריקאַ מיט דרײ מאָנאַט שפּעטער װי איך. אַגיטירען האָט ער אָנגעהויבען מיט אַ יאָהר פֿיר שפּעטער. און אַלס אַגיטאַטאָר האָט ער געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג. די אידישע אַרבייטער פֿלעגען בײַ זיינער אַ רע־דע װוערען אָנגעצונדען כמעט פֿון דעם ערשטען װאָרט װאָס ער פֿלעגט אַרויסזאָגען. ער פֿלעגט גלייך אריינקומען אין אַ נערװוע־זער באַגייסטערונג, ריידען מיט אַ מערקװוירדיגען פֿײַער, און זיין נערװוועזע התלהבות פֿלעגט איבערגעהן צו זיינע צוהערער.
מיללער, װעלכער האָט זיך שפּעטער ענטװיקעלט אַלס גלענ־צענדער רעדנער, האָט דאַן נאָך אויף דער אַגיטאַציאַנס־פּלאַט־פֿאָרמע קיין גרויסע ראָלע ניט געשפּילט. ער איז אָבער געװען דער פֿיהרענדער גײַסט, דער גענעראַל פֿון דער סאָציאַליסטישער גרופּע אויף דער איסט סײַד.
זיין עלטערער ברודער, לעאָן באַנדאַם*, װעלכער איז געװען אַן אָנגעזעהענער מיטגליד אין אונזער רעװאָלוציאָנערען קרײ־זשאָק אין װילנאַ, איז אויך אריבערגעקומען און ער האָט אויך אַנטייל גענומען אין דער באַװעגונג.
440אַרום יענער צייט איז פֿון ריגא געקומען אן אינטעליגענטער און פֿעהיגער יונגער מאַן מיט'ן נאָמען מאַררים הילקאָװיץ, און ער איז אויך געװאָרען טעטיג אין דער אידישער באַװעגונג. ער איז געװען דער איינגסטער פֿון דער גרופּע.
דעם 9טען אָקטאָבער, 1888, האָט באַנדאַם, הילקאָװיץ, אַ גענאָסע מיט'ן נאָמען י. מאַגידאָװ, ב. װוינשטיין און נאָך אַ פֿאָר אידישע סאָציאַליסטען, אָפּגעהאַלטען אַ מיטינג אויף װעלכען עס איז געגרינדעט געװאָרען „די פֿאַראייניגטע אידישע געװוערק־שאַפֿטען”, װעלכע איך האָב אויבען דערמאָנט פֿאַרבייגעהענ־דיג. דער פּלאַן איז געװען מאַגידאָװ'ס. ער האָט איהם קאָפּירט פֿון די „פֿאַראייניגטע דייטשע געװוערקשאַפֿטען”, װעלכע האָבען דאַן אין דער אָרגאַניזירטער אַרבייטער באַװעגונג פֿון ניו יאָרק געשפּילט אַ גרויסע ראָלע.
די לידערס פֿון די אידישע אַנאַרכיסטען — ר. לואים, ש. יאַנאָװסקי, זאָלאָטאַראָװ, גירזשדאַנסקי, ראָדאַשעװוסקי און אַנדע־רע — האָבען אָנגעפֿיהרט זייער אַגיטאַציע לויט דער לעהרע פֿון יאָהאַן מאָסט. אין יעדער רעדע זייערער האָבען זיי גערופֿען צו אַ רעװאָלוציאַן און זיי האָבען אַטאַקירט אונזערע גענאָסען פֿאַרװאָס זיי „פֿאַרריידען דעם אַרבייטער די צייהן מיט אַ שטים־קעסטעלע”.
אויך אין פֿילאַדעלפֿיא האָט זיך געגרינדעט אַ אידישע אַנאַרכיסטישע גרופּע („פֿיאַנערען דער פֿרײַהייט”), און זי איז געװאָרען צימליך גרוים אין צאָל. זייער פֿיהרער איז געװען פֿרענער, אַ יונגערמאַן פֿון אַ יאָהר צװאַנציג, מיט אַ שעהנעם, עהרליכען פּנים'ל און אַ קלינגענדע סימפּאַטישע שטימע. זיינע פֿלאַמענדע רעדעס פֿלעגען אויף אידישע אַרבייטער האָבען אַ װויר־קונג.
441אידישע אַנאַרכיסטען און אידישע סאָציאַליסטען פֿלעגען זיך אַרומרײַסען, אָבער װוייט איז דאָס ניט געגאַנגען. אין פֿרי־װאָט לעבען זיינען ביידע פֿאַרטייען געװוען באַפֿריינדעט, און יעדען זונטאָג נאָבמיטאָג פֿלעגען זיי זיך צוזאַמענקומען אויף אַ רוסישער פֿאַרזאַמלונג. טיילװוייז האָט זיי פֿאַראייניגט דער רעספּעקט װאָס ביידע צדדים האָבען געהאַט צו די מאַרטירער פֿון דעם רוסישען קאַמף, און טיילװוייז זײַנען זייערע צװוייסטיגקיי־טען איבערהויפֿט געװוען ניט מעהר װי אַ טעאָרעטישער פּלפּול.
אַמאָל פֿלעגט יאַנאָװסקי זיין דער לעקטשורער, אַמאָל איי־נער פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטען. אין די דעבאַטען פֿלעגט מען זיך צוהיצען, אָבער אַלץ אין די גרענעצען פֿון אַנשטענ־דיגקייט, און נאָכ'ן מיטינג פֿלעגט מען געהן טרינקען טיי בײַ איין טישעל, אדער איינער צום אַנדערען צו־גאַסט.
אַ געװוייסע צייט זײַנען די אידישע אַנאַרכיסטען געװוען שטאַרקער װי די אידישע סאָציאַל־דעמאָקראַטען. די אידישע אַנאַרכיסטען האָבען געגרינדעט אַ צייטונג — אַ װאָכען־בלאַט מיט'ן נאָמען „װאָהרהייט” — נאָך אײדער די סאָציאַל־דעמאָקראַ־טען האָבען אַזעלכעס געקענט באַװוייזען. זיי האָבען זייער אָר־גאַן אָבער אויך לאַנג ניט געקענט אָנהאַלטען. די „װאָהרהייט” האָט זיך געהאַלטען װוייניגער װי אַ יאָהר. אַ געװוייסע צייט איז יאַנאָװסקי געװוען דער רעדאַקטאָר, און אַ געװוייסע צייט זאָלאָ־טאַראָװ.
אין דעם הערבסט פֿון 1889 האָב איך געהאַלטען מיינע ערשטע רעדעם אין אַן אַנדער שטאָדט װי ניו יאָרק. דאָס איז איבערהויפֿט געװוען מיין ערשטער באַזוך אין אַן אַנדער אַמערי־קאַנער שטאָדט (אין פֿילאַדעלפֿיא בין איך געװוען פֿריהער װי אין ניו יאָרק; איך האָב אָבער דאָן די שטאָדט ניט געזעהן).
442די אידישע סאָציאַליסטען אין באָסטאָן האָבען מיך איינגעלאַ־דען צו זיך אויף אַ לעקטשור, אויף אַ זונטאָג בײַטאָג, און אויף דעם אָװוענד איז פֿאַר מיר געװוען אַראַנזשירט אַ פֿאָרטראַג אויף ענגליש בײַ דער באָסטאָנער אַמעריקאַנער סעקשאָן פֿון אונזער פֿאַרטיי.
איך בין אָנגעקומען אין באָסטאָן שבת אין דער פֿריה. איך האָב געהאַט דעם אדרעס פֿון י. פֿינן, דעם גרינדער און פֿיהרער פֿון דער אידישער סעקציאָן פֿון באָסטאָן. װוי עס איז שוין באַ־מערקט געװואָרען, װען מיר האָבען גערעדט װועגען גאָרסייד'ען, האָט מען װועגען אָפּשטעלען זיך אַ אין אַ האָטעל אין אונזער באַװוע־גונג נאָך דאַן ניט געװואוסט. אַ רײַזענדער רעדנער פֿלעגט אריינפֿאָהרען צו אַ גענאָסע; אַלזאָ, האָט פֿינן מיך איינגעלאַדען צו זיך. אָבער אײדער איך בין אַװועק אויף זיין קװואַרטיר, בין איך געגאַנגען באַקוקען די שטאָדט. דער װואָקזאַל איז געװוען נאָר עטליכע טריט פֿון דעם היסטאָרישען פּאַרק, „די באָסטאָן קאָממאָן”, בין איך דורך איהם דורכגעגאַנגען.
גרופּען אידען, אָנגעטאָן זונטאָג'דיג, האָבען אַרומגעשפּאַ־צירט צװוישען די בוימער. װואָס עפּעס אַזױ פֿריה? איך האָב זיך דערמאָנט, אז עס איז יום־כּפּור. אין ניו יאָרק קען מען יום־כּפּור געפֿינען מאַסען אידען אין סענטראַל פּאַרק. דאָס זײַנען די, װואָס װוילען ניט געהן אין שוהל און קעגנען אין דער היים אויך ניט בלייבען. אין אַנדערע שטעדט איז נאַטירליך אויך דאָס זעלבע.
די באָסטאָנער שוהלען זײַנען געװוען פּונקט אַזױ געפּאַקט װוי די ניו יאָרקער. די אידען װואָס איך האָב געזעהן אויף דער „קאָממאָן”, זײַנען ניט געװוען קיין שוהל־אידען. אפֿשר האָבען זייערע עלטערען אָדער פֿרויען געמיינט אז זיי זײַנען אין שוהל.
פֿינן'ס װואוינונג איז געװוען אויף ברוקליין סטריט, בײַ אַ קליינעם פּאַרק, און איך בין ענדליך צו איהם אַװועק.
דאָס איז געװוען אַ סימפּאַטישער און אינטערעסאַנטער מענש. אין דער היים, אין דער ליטאַ, איז ער געװוען אַ לערנער. דאָ איז ער געװוארען אן אָפּערייטאָר; אָבער אַרבייטענדיג בײַ דער
443נעה־מאַשין האָט ער שטענדיג געאַרבייט מיט'ן מוח אויך. װוי ער פֿלעגט מיר אַליין דערצעהלען, איז זיין בעסטע צייט צום דענקען געװוען גראָד דאַן, װען זיינע הענט און פֿים האָבען שװוער געהאָרעװועט אויף די רעק װואָס ער האָט „געאָפּערייטעד”. ער האָט געהאַט גוטע פֿעהינקייטען און אַ קלאָרען, לאָגישען שֹכל.
די אידישע פֿאַרזאַמלונג האָט שטאַטגעפֿונען אין פֿין מע־מאָריעל האָל, אַ גרויסער זאַל אין מיטען שטאָדט. עס איז געקו־מען אַ גרויסער עולם.
אויף אַ לייכטען, פּאָפּולערען שטייגער, מיט משלים, האָב איך ערקלעהרט די גרונד־געדאַנקען פֿון דעם סאָציאַליזם. דער פֿיהרער פֿון די דאָרטיגע אַנאַרכיסטען איז דאַן געװוען מײַקעל קאָהען. ער איז געװוען דער הויפֿט דעבאַטאַנט געגען מיר.
נאָך דעם, װוי איך האָב געענטפֿערט אויף זיין רעדע, האָט אַ יונגערמאַן מיט'ן נאָמען זלאַטקין, אַ מיטגליד פֿון אונזער סעק־ציע, געשפּילט אויף אַ טרומיט. ער האָט געשפּילט װוי אַן אָנ־פֿאַנגער, און עד היום, װוען מיר קומט אויס צו זיין אין באָסטאָן און איך געה פֿאַרבײַ „פֿין מעמאָריעל האָל”, קלינגט מיר אין די אויערען דער דאָזיגער טרומיט און מײַקעל קאָהען'ס פּוילישע אויסשפּראַך, װוי ער שטעלט מיר זיינע אַנאַרכיסטישע פֿראַגען.
זײַענדיג אין באָסטאָן האָב איך באַזוכט װויקטאָר יאַראָס'ן, דעם קרעמענטשוגער אימיגראַנט, װעלכער איז געװוען אי אַ שריפֿטזעצער, אי אַ מיט־רעדאַקטאָר אין באָסטאָן'ס דאַמין טאָקער'ס „ליבערטי”. מיר זײַנע געװוען גוט באַקאַנט פֿון ניו יאָרק. איצט האָבען מיר געהערט צו צװוייי פֿיינדליכע ריכטונגען. פֿערזענליך אָבער זײַנען מיר געבליבען פֿריינד. אַלזאָ, בין איך צו איהם אריבערגעפֿאָהרען. ער האָט געװואוינט בײַ דער רעדאַקציע, אין רעװוייער סטריישאָן. טאָקער'ס דירת איז געװוען אין דער זעל־בער הויז. און דאָרטען פֿלעגט זיך צוזאַמענקומען זייער קרוזשאָק.
איך האָב בײַ יאַראָס'ן פֿאַרבראַכט אַ מעת־לעת.
איך געדענק מײַן שטימונג, װען איך בין געפֿאָהרען צוריק קיין ניו יאָרק. איך בין געװוען שטאָלץ מיט דעם װואָס איך האָב 444געזעהן באָסטאָן, באַזוכט אַ גרויסע וויכטיגע שטאָדט. אָבער צו דערזעלבער צייט האָב איך געפֿיהלט, אַז כ'האָב נאָך אמעריקא ניט געזעהן און בין מיט איהר נאָך ניט באַקאַנט; אַז עס ליגט אַ גרויסע, גרויסע לאַנד מיט פילע שטעדט, פֿון וועלכע איך האָב קיין באַגריף ניט; אַז איך לעב אין אַ קליין וועלטעלע.
(ענדע פֿון דעם צװוייטען באַנד.)
[ז׳ 418] דער ענין דערמאָנט אָן דעם, װואָס קומט איצט פאָר אין רוסלאַנד אין באַצוג צו דער פראַגע װועגען רעגירונגס־אינדוסטריע און פּריװואַט־אינדוסטריע אין דעם „נעפּ". לעניִן האָט אין זײַן באַריהמטער „נעפּ"־רעדע אין 1921 געזאָגט פּונקט דאָם זעלבע װי דאָם װואָס יאַראָם האָט גע'טענה'עט צו מיר. ער האָט נעמליך געהייסען די סאָװויעט רעגירונג
[ז׳ 432] עס איז װויכטיג, דער לעזער זאָל האָבען אין זינען, אז דער נאָמען שרײבט זיך דע-לעאָן. אזױ װוערט ער אױסגערעדט אױף אלע שפּראַכען אױסער דער ענגלישער. אױף ענגליש איז די אױסשפּראַכע דע-ליאָן.
[ז׳ 439] באַנדאַם איז דער נאָמען פֿון דער פֿאַמיליע. „מילער”, האָט דער אינגערער ברודער זיך אַ נאָמען געגעבען זײַענדיג אין דער שװוייץ.