בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · צװײטער באַנד (נ.י., 1926)
צוגאָב
445

װוערטער-בוך

פֿאַר ניט-אַמעריקאַנישע לעזער

װעגן דעם װוערטער-בוך: דאָס איז דער אָריגינעלער צוגאָב צום צװײטען באַנד — װוערטער און אױיסדריקע װועלכע זײַנען געװואָרען אַ טייל פֿון דער אידישער שפּראַך אין אַמעריקא (און ענגלאַנד) און װועלכע געהערען ניט צום לשון פֿון אונזער אַלטער היים. (די איבערזעצונגען װוערען דאָ געגעבען בלױיז אין דעם זין אין װועלכען דער װואָרט װוערט געברויכט אין דיזע װוערק.) דאָס טיטל-בלאַט פֿון דעם װוערטער-בוך איז געדרוקטע זײַט 445 (זײַט 446 איז ליידיג); די װוערטער הויבען זיך אָן אױף זײַט 447. געדרוקטע זײַטן 445–458; די נומערן אַזױ װי 447 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער זײַט.
א
447אגרימענטקאָנטראַקט, אָפּמאַך.
אדװוערטײזינגאַנאָנסען, רעקלאַמעס.
אדװוערטײזמענטאַנאָנסע, רעקלאַמע.
אָװעראַללםאַרבייטס-קאָסטיום.
אָװערטיםמעהר אַרבייטס-שטונדען װוי דער געװוענליכער אַרבייטס-טאָג.
אױטינגאַרױספֿאָהר, שפּאַציר.
אױטסײדפֿון דרױסען.
אױטסײדערנימ קײן אײגענער מענש.
אױסגעפֿױרנישדמעבלירט.
אַטענדעןבאַזאָרגען; בײװואױנען, זײן דערבײ (אױף אַ מיטינג אָדער אַ פֿאָרשטעלונג).
איװוונינג סקולאָװוענד-שול.
אײדאָלאײנער װועמען מען פֿאַרגעטערט.
אײדזשענטאַגענט.
אײז-באָקסאײז-קאַסטען.
אײלאַנדאינזעל.
איםאױז.
אײרישמען, אײרישעראירלענדער.
אײלדורכגאַנג צװוישען די שטולען אין אַ טעאַטער אָדער אַ פֿאַרזאַמלונגס-זאַל.
אײל-קלאַטהצעראַטע.
אימפֿרואוומענטספֿאַרבעסערונגען, נײע װוײגאַדעם.
אינװועסטמענטאַרײנגעלײגטע קאַפּיטאַל.
אינטערװויװהאָבען אַ געשפּרעך פֿאַר אַ צײטונג.
אינסײדאינװועניג.
אינשורענספֿאַרזיכערונג, ספּראַ-אָווקע.
איסטמזרח.
איסט-סײדמזרח-זייט (דער אַלטער אידישער געגענד אין ניו יאָרק).
אישוקאָמפֿס-פּונקט צװוישען צװוי פּאָליטישע פּאַרטייען.
אָלל-רייטגוט, רעכט.
אָנקעל סעםאַ בילד פֿון אַן אַלטען אַמעריקאַנער, װועלכער שטעלט פֿאָר די פֿאַראייניגטע שטאַאטען.
אססאָסיאיישאָןגעזעלשאַפֿט.
אססיסטענטגעהילף.
אססעמבלידער פּאַרלאַמענט פֿון אַ שטאַאט אין די פֿאַראייניגטע שטאַאטען.
אססעמבלימעןאַ מיטגליד פֿון אַ שטאַאט-פּאַרלאַמענט.
אפּאינטמענטאַ צייט װואָס מען באַשטימט װוען זיך צו טרעפֿען; אַ שטעלע, װואָס איז בעשטימט געװואָרען אַז דער אָן דער זאָל זי האָבען.
אפּאינטעד געװואָרעןבאַשטימט געװואָרען, געקראָגען די שטעלע.
אפּאַרטמענטאַ דירה פֿון עטליכע צימערען אין אַ גרױסער הויז.
אפּגעסיפֿטאָפּגעשפּאַרט.
אפּ-טאַוןאַרױף-שטאָדט.
אפּיעלביטע, אַפּעלאַציע, קלאַגע צו אַ העכערען געריכט; אױפֿרוף.
אפּען-עעראונטערן פֿרייען הימעל.
448אָפּערײטאָרדער װואָס אַרבײט בײ אַ מאַשין.
אָפּאָרדעןבאַװוײזען, דאָקאַזשען.
אָפֿיסביוראָ, קאָנטאָר.
אָפֿיסעראָפֿיציר, בעאַמטער, פּאָליציאַנט.
אָרדען (אָרדער)אַ פֿאַרבאַנד פֿון פֿעראײניגען פֿאַר געגענזײטיגע הילף (זעה „לאָדזש‟).
אַרײנגעמופֿטאַרײנגעקליבען זיך.
אַרעיטאָראָראַטאָר.
אָרענדזשאַפּעלסין.
ב
באָאַרדקעסט; אַ ראַטה, אַ קאָמיטע פֿון דירעקטאָרען, פֿערװואַלטער.
באָאַרד אױ אָלדערמעןשטאַדט-ראַטה.
באָאַרד אױ עדיוקיישאָןבילדונגס-אָפּטײלונג פֿון אַ שטאָדט-רעגירונג.
באַטעלפּלאַש, פֿלעשעל.
באַטשפֿאַרטאַשעװוען, פֿאַרטאַשטוװע.
באַטשערפֿאַרטאַטש.
באַי, באַיטשיקאינגעל.
באָנדעלאַ פּעקעל.
באָנדלערפּעקלער (פּעקלער פֿון פֿאַר שנײדער).
באָסםבאַלעבאָס.
באַקסינג-גלאָווםהענטשקעס צו ספּאָרט-געשלעג.
באַרשענק-טיש, בופֿעט.
באַרבערשערער, פֿריזירער.
באַרגײןמציאה.
באָרדינג-הױזפּאַנסיאָן, גאָרקיד.
באָאַרדערפּאַנסיאָנער, דער װואָס דינגט קעסט און קװואַרטיר.
בודלערקאַבאַרניק.
בודעלקאַבאַר.
בוטשערקצב.
בוטשער-שאָפּיאַטקע.
בױרטהדעיגעבורטס-טאָג.
בוםאַ פּלוצליכער װואוקס, אױפֿשװואונג.
בוקקיפּערבוכהאַלטער.
בושעלאַזאַ מאָס, אַ מעסטעל (אױף תבואה א. ז. װו.).
ביזיבאַשעפֿטיגט; װוען ס'איז דאָ אַ סך אַרבייט.
ביזנעסגעשעפֿט.
ביזנעס-קאָרדגעשעפֿטס-קאַרטע.
ביזנעסמאַןגעשעפֿטסמאַן.
בײביקינד, עופֿה'לע.
בײלערבות, אַ געלט-משכן פֿאַר אַן אַרעסטירטען ביז ס'ענדיגט זיך דער פּראָצעס.
בײס-באָללאַמעריקאַנער שפּיל אין באָלל.
בײסיקעלװועליסאָפּעד.
בײסמענטקעלער-שטוב.
בײקד בינסגעבאַקטע בעבלאַך (װוי פֿון טשאָלענט).
בײקערידער געשעפֿט װואו מען פֿאַרקױפֿט געבעקס, בעקעריי.
בילדינגגעבײדע.
בילדערדער װואָס בױט.
ביללרעכנונג; אַסיגנאַציע, פּאַפּיר-געלט.
ביעטשלאָגען, איבערשטײגען.
בלאָףאַ ליגען, אַ פֿאַלשער אָנשטעל.
בלאָקאַ קװואַרטאַל (פֿון אײן ראָג ביז'ן צװוייטען).
449בליזאַרדזאַװוערוכע.
בעגזאַק, זעקעל.
בעדזשאַ מין מעדאַל, אָדער אַ צײכען, אַז מען איז אַ מיטגליד.
בעד-רוםשלאָף-צימער.
בעיל(זעה „בייל‟).
בענעפֿיטבענעפֿיס, שטיצע; נוץ.
בראָקער (בראָוקער)מעקלער.
ברוםבעזים.
בריק-לעיערמוליער.
ברעד-לאַיןאַ צײל אָרימע לײט װואָס װואַרטען אױף ברױט.
ברענטשצװוייג, אָבטײלונג.
ברעקפֿעסטפֿריהשטיק.
ג
גאָװוערנאָרגובערנאַטאָר.
גאַידװועג-װוייזער.
גאַרבעדזשמיסט.
גוט-אָףפֿאַרמעגליך, נימ אָרים.
גוד-גוירלװואױלע מיידעל.
גוד-נײטגוטע נאַכט.
געזגאַז.
געטרײַטגעסטאַרעט זיך, געפּרובירט; גע'משפּט.
געטשעלענדזשטאַרױסגערופֿען.
געיםשפּיל.
געמבלינג-הױזקאַרטעװואַניע.
געמיט, געמיטעטזיך צוזאַמענגעקומען אױף אַ מיטינג.
געסטאָפּטאױפֿגעהערט, אָפּגעשטעלט.
געסעקטאָפּגעזאָגט פֿון אַ שטעלע, פֿון דער אַרבייט.
געספּענטאױסגעגעבען.
געפֿאַבלישטפֿאַרעפֿענטליכט.
גרעפֿיקסטפֿאַריכט.
שעיװדגעגאָלט, ראַזירט.
גראַונד-פֿלאָראונטערשטער עטאַזש.
גראָסעריסשפּײז-אַרטיקלען.
גראָסערי סטאָרשפּײז-קראָם.
גריװוענס קאַמיטעאַ קאָמיטעט װואָס הערט אױס קלאָגעס.
גרעיטער ניו-יאָרקדי שטאָדט ניו יאָרק צוזאַמען מיט אַרומיגע שטעדטלאַך.
גראַממערגראַמאַטיק.
גראַממער סקולפֿאָלק-שול.
גרעפֿטקאַבאַר, נימ-קײן-כשר'ע פֿאַרדינסטען פֿון אַן אָנגעשטעלטען.
ד
דאַונטאַוןאונטערן שטאָדט.
דאַונסטערןאַרונטער די טרעפּ.
דאַמ-װוייטעראַ קלײנער ליפֿט אױף אַרױפֿציהען אָדער אַראָפּציהען שפּײז אָדער מיסט.
דאָקסװואו שיפֿען שטעלען זיך אָפּ.
דערבי-העטאַזאַ מענער-הוט.
דזשאָבאַרבייט, שטעלע.
דזשאָדשריכטער.
דזשאָקשפּאַס, װויץ.
דזשועלריצירונג.
דזשורידי צװועלף געשװואָרענע בײ אַ פּראָצעס.
דזשיילגעפֿענגעניס.
דזשענעראַלגענעראַל; אַלגעמײן.
דזשענעראַל סעשאָנסנאָמען פֿון אַ קרימינאַל געריכט אין ניו יאָרק.
450דזשעקעטמאַנטעלע, רעקעל.
דיוםבייטראָג, מיטגליד-שטייער אין אַ פֿעראיין.
דייניננג-רוםעס-צימער.
דינערמיטאָג.
דיסטריקטקרייז, געגענד.
דיסטריקט אטטוירניפּראָקוראָר.
דיסטריקט-קאָורטנידעריגער געריכט.
דירעקטאָרדירעקטאָר.
דישעםגעפּעס.
דעטעקטיװוגעהיים-פּאָליציסט.
דעסקשרייב-טיש.
דעפּאַרטמענט אָװו דזשאָסטיסיוסטיץ-מיניסטעריום.
דעקפּאַלובע פֿון אַ שיף.
דעריקאַ הויב-מאַשין.
דראָגיסטאַפּטייקער.
דראָג סטאָראַפּטייק.
דראָאַרשופֿלאָד, טיש-קעסטעל.
דראָערסאונטערהויזען.
דרעסםאַ קלייד.
ה
האָוז אָװו רעפּרעזענטיטיװוסדער דעפּוטאַטען-הויז אין װואַשינגטאָן.
האָום-װואָוירקשול-אַרבייט װואָס דער שילער גרייט צו אין דער היים.
האַי-סקולגימנאַזיע.
האָללפֿאַרזאַמלונגס-זאַל.
האָלל-קיפּעראייגענטימער פֿון פֿאַרזאַמלונגס-זאַלען.
האָלסיילאָגולנע, האורט.
היברואידישער, העברעאישער; העברעאיש.
היטערפֿאָלג.
העד װואָירקערהויפּט טוער.
העדקװואָדערםהויפּט-קװואַרטיר.
העטהוט, קאַפּעלוש.
העננד-ביללפּלוג-בלעטעל.
העננדקערטשיףפּאַטשיילקע, נאָז-טיכעל.
ו
װואָוטשטימע, אָפּשטימונג.
װואָוטעןשטימען.
װואַטשאַ זייגער װואָס מען טראָגט בײ זיך.
װואָטש-מייקערזייגער-מאַכער.
װואָקעןגעהן, שפּאַצירען.
װויידזשעסשכירות פֿון אַן אַרבייטער.
װוייטערקעלנער.
װוייסטבלוזע; סטאַן; טאַליע.
װוייסטעלבלוזקע.
װווינדאָופֿענסטער.
װועללאַלזאָ, נו, גוט.
װועסטמערב.
װועסט-סיידמערב-זייט.
װוער-הויזסקלאַד, שפּייכלער.
ט
טאָפּ פֿלאָרהעכסטער עטאַזש.
טהענקסגיווינגאַ לויב צו גאָט.
טהענקסגיווינג דעיאַ נאַציאָנאַלער יום טוב װוען דער אַמעריקאַנער פֿאָלק דאַנק גאָט פֿאַר די גוטס װואָס ער טוט מיט איהם.
טוירקיאינדיק.
טוםקבר.
451טומסקברים (אזוי רופט מען די סטאַדט־געפענגנים אין ניו יאָרק).
טיטשערלעהרער.
טייפרייטערשרייב־מאַשין; דער וואָס שרייבט אויף אזאַ מאַשין.
טייפרייטערקעדי וואָס שרייבט אויף אזאַ מאַשין.
טיקעטבילעט; צעטעל פון קאַנדידאַטען; קאַנדידאַטען־ליסטע.
טעמענידער נאָמען פון אַ פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע אין ניו יאָרק.
טעמפּערענסצוריקהאַלטונג פון טרינקען.
טענעמענט־הויזאַ מויער מיט פילע דירות.
טענענטדער וואָס וואוינט אויף אַ געדונגענער דירה.
טעקסעסצינזען.
טראָבעלצרות, שוועריגקייטען.
טריידמלאכה, פאַך, האַנדעל.
טרייד־יוניאָןפּראָפעסיאָנעלער פעראיין.
טרייד ענד לייבאָר עללייענספערבאַנד פון אַרבייטער פעראיינען, יוניאָנס.
טרייןצוג.
טרייעלאַ פּראָצעס, אַ משפּט.
טריעלען זיךמשפּט'ן זיך.
טרייעןפּרופען, זיך סטאַרען.
טרימעןבאַפּוצען, באַשערען.
טריפּרייזע.
טריקקונץ, שפּיצעל.
טרעמפּבראָדיאַגע, וואַגאַבונד.
טשאַנסאויסזיכטען, שאַנס.
טשוירטשקירכע.
טשילדרעןקינדער.
טשיף־ראַבבייהויפּט־ראַבבינער.
טשיקעןהותן.
טשירהוררא־געשריי.
טשעלענדזשאַרויסרופען צום קאַמף אָדער צו וועטען זיך.
טשעקצייכען, אָנווייזונג אויף געלט.
טשערשטוהל.
טשערלייטפאָרזיצענדע.
טשערמעןפאָרזיצענדער.
י
יארדהויף.
יוניטעד סטיימסדי פאַראייניגטע שטאַאַטען.
יוראָפּאייראָפּאַ.
יענקייאַנקי, אַן עכטער אַמעריקאַנער פון די ערשטע ענגלישע קאָלאַניעס אין די צפון־שטאַאַטען.
ל
לאָגעזעץ, יוריספּרודענץ.
לאָאַפיםאַדוואָקאַט'ס ביורא.
לאָדזשפעראיין (איינער פון אַ פאַרבאַנד פון פעראיינען פאַר געגענזייטיגער הילף. דער גאַנצער פאַרבאַנד הייסט „אָרדען" אָדער „אָרדער").
לאָטדער פּלאַץ, די שטיקעל ערד, אויף וועלכען מען בויט אַ הויז.
לאָיעראַדוואָקאַט.
לאָמבערגעהילץ, קלעצער.
לאָנטשלייכטער מאָלצייט.
לאָק־אאוטווען אַ פאַבריקאַנט שליסט אויס אַלע זיינע אַרבייטער.
452לופ־די־לופּאַ שטיפערישע וויגעלע זיך צו אַמוזירען.
לידערפיהרער.
ליבאָראַרבייט.
ליבאָר־דעיאַרבייטער יום־טוב (דער ערשטער מאָנטאַג אין סעפּטעמבער).
ליבאָר ליסעאוםאַרבייטער ליצעי, אַרבייטער צענטער.
ליבעלאַן אַרויפגעקלעפּטער אויפשריפט.
ליברעריביבליאָטעק.
ליברעריעןביבליאָטעקאַר.
לייןליניע, שורה.
לינאליאוםדיקע צעראַטע.
ליעםאַ קאָנטראַקט אויף אַ הויז, וואָס מען נעמט אויף אַרענדע.
ליפלעטפלוג־בלעטעל.
לעדזשיסלייטשורגעזעץ־געבענדע פערזאַמלונג, פּאַרלאַמענט; דער דעפּוטאַטען קאַמער און סענאַט פון אַן איינצעלנעם שטאַאַט.
לעטער־באָקסבריף־קאַסטען.
לעטער־קעריערפּאָטשטאַליאָן, בריף־טרעגער.
לענדלאָרדבאַלעבאָס פון אַ הויז.
לעסאָןלעקציע, אוראָק.
לעקטשורלעקציע, פאָרטראָג, רעפעראַט.
לעקטשורערדער וואָס האַלט אַ לעקציע.
מ
מאָושאָןפאָרשלאַג.
מאַנופעקטשורערפאַבריקאַנט.
מאָנקימאַלפּע, אַבעזיאַנע.
מאָרטגיידזשהיפּאָטעקע (ווען מען פאַרזעצט אַ הויז).
מאַרקעטמאַרק.
מואָוויקינעמאַטאָגראַף, סינעמאַ, קינאָ.
מואועןאיבערקלייבען זיך; איבערקלייבען, אַוועקשיקען אַ צווייטען.
מידעל־וועסטמיטעלסטע טייל פון אַמעריקאַ (צו מערב צו פון ניו יאָרק), אַרום קליוולענד, דעטראָיט, שיקאַגאָ.
מיטעןפערזאַמלען זיך, האָבען אַ מיטינג.
מייקערדער וואָס מאַכט.
מילישעמיליץ.
מיסאַפּראָפּריאיישאָןווען מען נעמט צו פרעמדע אייגענטום.
מיסטיקטעות.
מיסעםבאַלעבאָסטע, די וואָס האַלט קוואַרטיראַנטען; האַלב אויף שפּאַס הייסט דאָס אויך אַ ווייב („זיין מיסעס" — זיין ווייב).
מעיאָרהויפּט פון שטאָדט, בירגערמייסטער.
מעמבערמיטגליד.
מענעדזשערפערוואַלטער.
מערי־גאָ־ראַונדאַ קאַרוסעל־וויגעלע.
נ
נאָמיניישאָןדי אַרויסשטעלונג פון אַ קאַנדידאַט.
נאָמינירעןאַרויסשטעלען אַ קאַנדידאַט.
נאָרטצפון־זייט.
ניו־יאָרסניו־יאָהר.
ניוס־באָיצייטונגס־טרעגער.
ניוסענסאונאַנגענעהמע זאַך, שטערונג.
453ניע־פּענטסקורצע הויזעלעך.
נעווער־מיינדדאַגה ניטאָ! ס'מאַכט ניט אויס! ניט נויטיג!
נעק־טאַיהאַלזטוך.
נעקסט־דאָאָרנעקסטע טיר.
נעקסט־דאָאָריגעאַ שכנ'טע, וואָס וואוינט מיט אַזיך אַ טיר־ביי־אַ טיר.
נעשאָנעלנאַציאָנאַל.
ס
סאַבווייאונטער־ערדישער שטאָדט־באַהן.
סאַב־קאָמיטעאונטער־קאָמיטע.
סאַוטהדרום.
סאַיןאַ שילד.
סאַלאַריגעהאַלט, שכירות פון אַן אָנגעשטעלטען.
סאַלוןאַ שענק.
סאַלון־קיפּערשענקער.
סאַנגליד, געזאַנג.
סאַנדעי סאָפּלמענטזונטאָגדיגע ביילאַגע.
סאַסייעטיפעראיין, געזעלשאַפט.
סאַספּענדערסשלייקעס.
סאָפּאַרטעןאויפהאַלטען.
סאָפּלמענטביילאַגע.
סאָפערוועטשערע.
סאָפערעןליידען.
סאָקססקאַרפּעטקעס.
סאָקסעס, סוקסעסערפאָלג.
סוועטינג־שעפּער(שוויץ־שעפּער) צרה'דיגע ווערקשטאַטען.
סוועטערבאַלעבאָס פון אַ צרה'דיגען ווערקשטאַט; דער וואָס מאַכט אַז יענער זאָל שוויצען.
454סוטאָנצוג, קאָסטיום.
סוירקיוליישאָןמירוץ (וויפיל צייטונגען עס פאַרקויפען זיך).
סוספּענדערס(זעה „סאַספּענדערס").
סופעראינטענדענטפערוואַלטער, דירעקטאָר.
סופרים־קאָורטהויכער געריכט.
סטאָוואייזערנער אויוון.
סטאָפאויפהער, אָפּשטעל.
סטאָפּעןאויפהערען, אָפּשטעלען.
סטאָקאָנגעגרייטע סחורה צום פאַרקויפען.
סטאָקינגסזאָקען (פאַר דאַמען).
סטאָרהויפּט אַקטיאָר.
סטאָרקראָם.
סטאָר־קיפּערקרעמער.
סטופטרעפּלאַך ביי אַ הויז.
סטיוּאַרדדינער אויף אַ שיף.
סטייטשטאַאַט, איינע פון די טיילען פון וועלכע עס באַשטעהען די פעראייניגטע שטאַאַטען.
סטייטמענטערקלעהרונג, באַהויפּטונג.
סטיישאָןסטאַנציע.
סטיישאָן־הויזפּאָליציי־ביורא.
סטירעדזשדריטער קלאַס אויף אַ שיף.
סטעדי דזשאָבשטענדיגע אַרבייט.
סטעמפּפּאָסט־מאַרקע, עהנליך־געדרוקטע צעטעלעך.
סטענדאַ טיש אויף וועלכען מען פאַרקויפט עפּעס אויפ'ן גאַס.
סטריטגאַס.
סטריט־קאַרטראַמוויי.
סטרייקשטרייק.
סיזאָן־טריידאַ פאַך ביי וועלכען מען אַרבייט נאָר אין געוויסע סיזאָנען.
סיטאַ פּלאַץ צום זיצען.
סיטישטאָדט.
סיטי־האָלראַטה־הויז.
סיטיזעןבירגער.
סייד־וואָקטראָטואַר.
סייפעןאָפּשפּאָרען.
סילינגסופיט, באַלקען.
סילק סטאַקינגגעצערטעלט ווי אַן אַריסטאָקראַט.
סינג־סינגדער נאָמען פון אַ טורמע אין שטאַאַט ניו יאָרק.
סיעל־סקיןאַזאַ פוטערוואַרג (פעל פון אַ ים־הונד).
סיקרעט באַלאָטגעהיימע אָפּשטימונג.
סירקיוליישאָן(זעה „סוירקיוליישאָן").
סליפּינג־קאַרשלאָף־וואַגאָן.
סלענגגאַסען־שפּראַך.
סלעקווען ס'איז ניטאָ קיין אַרבייט.
סמאַרטקלוג.
סנאָבגרויסהאַלטער, פּוסטער פראַנט.
סעטאַ גאַנג (אַ גאַנג ביכער, טעלער, א. ז. וו.).
סעטלמענטאויסגלייכונג.
סעלערי(זעה „סאַלאַרי").
סעמפּעלפּראָבע, אָבראַזשיק, מוסטער.
סעקאַנד־הענדריגעגעניצטע.
סעקעןאָבזאָגען פון אַ שטעלע.
סעקרעטעריסעקרעטאַר.
סעקרעטערי אָוו סטייטשטאַאַטס־מיניסטער.
סעקשאָןסעקציע, אָבטיילונג.
ספּיטשרעדע.
ספּליטצושפּאַלטונג.
ספּעלעןאויסלייגען.
ספּענדעןאויסגעבען.
ספּענדעראַן אויסברענגער.
ספּרינגספּרוזשינע; פריהלינג.
סקאַי־סקרייפּערהימעל־קראַצער (זעהר הויכע געביידע).
סקאַרף־פּיןאַ שפּילקע צו אַ האַלזטוך.
סקולשול (פאַר קינדער זיך צו לערנען).
סקיםאַ פּלאַן, אַ כיטרע „דרודעל".
סקעבשטרייק־ברעכער.
סקראַבשייערען, רייבען.
ע
עדישאָןאויסגאַבע.
עוועניואַ גרויסע גאַס.
עטהיקעל קאַלטשור סאָסייעטיאַ פעראיין פאַר דער ענטוויקלונג פון מאָראַל.
עטטיקבוידעם־צימער.
עלעוויטאָרליפט.
עלעוויטעדשטאָדט־באַהן וואָס געהט אין דער הויך.
עלעקטעדערוועהלט.
עלעקשאָנסוואַהלען.
455עלעקשאן־ריטוירנסרעזולטאט פון וואהלען, די ציפער וואס ווייזען וויפיל שטימען יעדער קאנדידאט האט באקומען.
ענגיידזשמענטפערלאבונג, קנס־מאל, תנאים; אן אפמאך וועגן זיך צו טרעפען.
ענטערטיינמענטאונטערהאַלטונג.
עסייארטיקעל, אפהאנדלונג.
עסיינמענטדי ארבייט וואס מען גיט ארוים א מיטארבייטער, א רעפארטער.
עקסטענשאןצוגאָב, פארגרעסערונג.
עקסטראספעציעלער צייטונגס־נומער.
עקסקוירשאןא שפאַציר־רייזע.
פ
פאאן־שאפא לײ־קאַסע, וואו מען באָרגט געלט אויף א משכן
פאבליסיטיעפענטליבקייט, אנאַנסען, רעקלאמען.
פאבליקפובליקום; עפענטליכע, קהל'שע.
פאבליק־סקולפאָלק־שול.
פאבלישפארעפענטליכען.
פאבלישינג אססאסיאיישאןא פעראיין צו דרוקען א צייטונג אָדער ביכער.
פאבלישערארויסגעבער.
פאטעיטאםקארטאָפעל, בולבעס.
פאיא געבעק געפילט מיט פרוכט, קעז א. ז. וו.
פאליטישעןא פאָליטיקער, פאַליטיקאַן.
פאליס־קעפטעןפאַליצי־קאַפּטאן.
פאליסיפּאָליטיק, טאַקטיק.
פאלישפוצען, פאַלירען.
פאקעטקעשענע.
פארטיא אונטערהאַלטונג אין א פריוואַט וואוינונג; א פאַרטיי.
פארטישאןאפצאַמונג, סעפּערענע.
פארטנערשותף.
פארלארזאַל.
פוירסערדער שאַץ־מייסטער פון א שיף.
פוללפראטעקציע, א „צד אין טיש".
פוידזשא זייטעל אין א בוך, אָדער א צייטונג.
פיילאט־באוטדי שיפעל וואס ווייזט א גרויסער שיף דעם וועג.
פיינטערמאַהלער.
פיפערפאַפּיר; צייטונג.
פיערוואו שיפען שטעלען זיך אפ אין א האַפען.
פיקטשורבילד.
פיקעטדער וואס גיט אכטונג עס זאָלען ניט זיין קיין סטרייק־ברעכער.
פלעזשורפאַרגעניגען.
פעדלערדער וואס טראָגט ארום וואַרע צו פארקויפען.
פעטענטפּאַטענט (הויפטזעכלעך אויף אן ערפינדונג).
פעילאן עמער.
פראקסידער וואס פארנעמט דעם פּלאַץ פון א דעלעגאַט.
פריזאןטורמע, געפענגנים.
456פרינטערדרוקער.
פרינסיפאלדירעקטאָר פון שול.
פרינץ אלבערט ראקא לאַנגער ראָק.
פרעם־פעדערײשאןפאַראייניגונג ארויסצוגעבען אַ צייטונג.
פאַיטגעשלעג, קאַמף.
פאנאגראףגראַמאָפאָן.
פאריערפוטער־קירזשנער.
פארםפערמע.
פארמאןאויפזעהער, עלטסטער ביי דער ארבייט.
פאַרמאָרטגיידזשטפאַרזעצט, פאַר'משכּנ'ט (ווי א הויז אָדער מעבעל, ווען די זאַך בלייבט ביי אייך, נאָר אויב איהר באַצאָהלט ניט, נעהמט מען דאָס ביי אייך צו).
פארמערפערמער.
פארערענטעןפאַרדינגען.
פוירניטשורמעבעל.
פוירנישד רומסמעבלירטע צימערען.
פול איוונינג דרעםדי קליידונג אין וועלכע א מאַנסביל פוצט זיך אויס צו א באַלל אָדער א באַנקעט (אין א פראַק א. ז. וו.)
פיטשורגעזייכטס־צוג; א סעריע ארטיקלען צוצוציהען לעזער.
פייטגעשלעג.
פייטערשלעגער, „באָקסער".
פייקערליגנער, אָפּנארער.
פינישעריןהעלפערין ביי שנײדערײ.
פיקסעןפאַריכטען, צורעכט מאַבען; אָפּטאָן א שפּיצעל.
פלאארפאָדלאַגע; עטאַזש (אויפ'ן דריטען פלאָר — אויפ'ן דריטען עטאַזש).
פעקטאריפאַבריק.
פערוועל אדרעםגעזעגנונגס־בריף, געזעגנונגס רעדע.
פערריפאַראָם, פּראָם.
פעררים ווהילאַזא קײלעכדיגער וויג צו אַמוזירען זיך.
פריפרײ.
ק
קאו־באידער וואָס ארבייט ביי די אָקסען אויף די גרויסע פערמעס אין די מערב־געגענדען פון אַמעריקא.
קאוטראָק; דאַמסקער מאַנטעל.
קאונטיא טייל פון א שטאַאַט (אויעזד, פּאָוויאַט).
קאונטערסטאַיקע, דער לאַנגער טיש אויף וועלכען א קרעמער פאַרקויפט זיין סחורה.
קאונטריאויסער'ן שטאָדט, לאַנד, ישוב.
קאורטגעריכט.
קאזיןשוועסטערקינד.
קאטעדזששעהנע הילצערנע הויז (ניט קיין גרויסע).
קאטטערצושניידער.
קאלומםשפּאַלטען פון א צייטונג.
קאללארקראַגען.
קאללעדזשאַ אוניווערזיטעט פאַר אַלגעמיינע בילדונג.
קאלעקטארדער וואָס זאַמעלט; דער וואָס מאָנט.
קאלעקשאןזאַמלונג.
457קאם־אין!קום אריין!
קאמיוטערדער וואָס וואוינט אויסערען שטאָדט און קומט אלע טאָג אין שטאָדט צוליב געשעפט.
קאמיטעקאָמיטעט.
קאמישאןמעקלעריי.
קאממאן לאאענגלישע געזעצען, איינגעפונדעוועט פון בערצייטען.
קאמפייןוואַהל־קאַמף; ענערגישע באַוועגונג צו זאַמלען שטימען, נדבות, אונטערשריפטען, אָדער צוליב עפעס אַן אַנדער צוועק.
קאנגרעסדער סענאַט צוזאַמען מיט'ן דעפּוטאַטען־קאַמער אין וואַשינגטאָן, דער פּאַרלאַמענט פון די פאַראייניגטע שטאַאַטען.
קאנווענשאןצוזאַמענפאָהר פון דעלעגאַטען.
קאנטריביושאןבייטראָג, ביישטייערונג.
קאסטאמערקונד.
קאסטאמער־פעדלערדער וואָס ברײנגט אריין זאַכען אין שטוב אויף אויסצוצאָהלען.
קאסטאם־שנײדעראַ שניידער וואָס ארבייט אויף באַשטעלונגען פון קאַסטאָמער (קונדען).
קאסטוםבעראָטונג פון אַ פראַקציע פון אַ פּאַרטיי.
קארוואַגאָן, טראַמוויי.
קאר־לייןטראַמוויי־ליניע.
קאר־פערדי געצאָהלט פאַר'ן פאָהרען אויף אַ טראַמוויי.
קארדםצוזאַמענגעלייגטע געהאַקטע האָלץ.
קארנערראָג, ווינקעל.
קארפעטקאַוויאָר, טעפּיך.
קארפענטערסטאָליער.
קיטשעןקיך.
קייספּראָצעס, דיעלאַ.
קלאבקורצער האַרטער שטעקען פון אַ פּאָליציאַנט; קלוב.
קלאדינג־סטארקליידער־געשעפט.
קלאוקספרויען מאַנטלען.
אקלאקוואַנד־זייגער (פינף א'קלאק — פינף אַזייגער).
קליןריין.
קלינעןרייניגען.
קעיקפוטער־געבעק, צוקער־געבעק.
קעמפיין(זעה „קאַמפּיין").
קענדיקאָנפעקטען.
קעפאַ היטעל.
קעשמזומן געלט.
קראודמאַסע מענשען.
קראססעןאריבערגעהן אויף יענער זייט גאַס, וועג אָדער טייך.
קריסטמעסוויינאַכט, קריסטוס'עס געבורטסטאָג.
קרעדענשאלמאַנדאַט.
קרענבערי סאאםזשוראַוויו־נעס־סאַק.
קרענקאַ צודרעהטער.
ר
ראיאטבונט, מאַסען־איבערפאַל.
ראיאלטיגעצאָלט וואָס ס'קומט אַ שרייבער פאַר יעדען עקזעמפּלאַר פון זיין בוך, וואָס ווערט פאַרקויפט אָדער פאַר יעדעס מאָל וואָס זיין פּיעסע ווערט געשפּילט.
458ראללםבולקעס, זעמעל.
ראקינג־טשערוויג־שטוהל.
רוםצימער.
רומינג הויזאַ הויז וואו מען פאַרדינגט צימערן פאַר קוואַרטיראַנטען.
רומערקוואַרטיראַנט.
רוףדאַך.
רידערשול־ביכעל צום לעזען (כרעסטאָמאַטיע).
ריטעילאיינצעלען פאַרקויפען ניט אַגולנע.
רייאט(זעה „ראַיאָט").
ריידעררייטער.
רייסעםאַ וועט־געלאַף.
ריסעםפּערעמינע, אַפּרות־צייט אין שול.
ריסעפשאן־רוםעמפּפאַנגס־צימער.
ריעל־עסטייםלאַנד, אָדער הייזער.
רעוויועובאַקוקען (אַ פּראַצעסיע).
רעווערענדאַ געאַכטער (דאָס וואָרט ווערט גענוצט אויף אַ רב, אַ גייסטליכען, הויפּטזעכליך אויף אַ ניט־ייִדישען, אָדער אַן אַנדער „כּלי קודש", וואָס געהט געקליידעט „הייליג").
רעזיגניישאןרעזיגנאַציע (ווען מען זאָגט זיך אָפּ פון אַ שטעלע).
רייזאַרראַזיר־מעסער, בריטווע.
רעיזאר(זעה „רייזאַר").
רעליףהילף.
רענטדירה־געלט.
רענטעןדינגען, פאַרדינגען.
רענק ענד פיילדי מאַסע, דער עולם.
רעפּאָרטבאַריכט.
רעפּאָרטערנייעס־זאַמלער אויף אַ צייטונג.
רעפּאָרמעררעפאָרמאַטאָר.
ש
שאפּוואַרשטאַט, פאַבריק.
שוה־סטארשוך־געשעפט.
שוירטהעמד.
שיוועןגאָלען, ראַזירען.
שעפּערפאַבריקען, וואַרשטאַטען.
שערוטאַזאַ ציגאַר, אַ לאַנגער און אַ דינער.
שעריףגעריכטס־פּאָליציאַנט, געריכטס־פּאָליצמייסטער.