בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

ערשטער קאַפּיטל

װי אַזױ ס׳איז געגרינדעט געװאָרען די „אַרבייטער צייטונג"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 9–38 (גאַנצער ערשטער קאַפּיטל פֿון דריטען באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 9 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
ערשטער ראַדיקאַלער אידישער צוזאַמענפֿאָהר. — אַנאַרכיסטען און סאָציאַל-דעמאָקראַטען. — לואי מילער. — ר. לואים. — פֿרענער.

9אין די אַכט יאָהר, װאָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא, איז די צאָהל אידישע אַרבייטער דאָ שטאַרק אױסגעװאַקסען. אױך איז אױסגעװאַקסען די צאָהל פֿאָרטגעשריטענע אימיגראַנטען. עס האָט זיך געפֿיהלט אַ באַדערפֿניש אין אַ פֿאָרטגעשריטענער פּרעסע, מיט אַנדערע װערטער — אין אַ סאָציאַליסטישער פּרעסע; װאָרים די פֿאָרטגעשריטענע מענשען פֿון דעם אידישען קװאָרטאַל זיינען געװען סאָציאַליסטיש געשטימט, און צו זייער קלאַס האָבען געהערט די גייסטיגע פֿיהרער פֿון די אידישע בעלמלאכה'ם.

אין דעם צװייטען באַנד האָב איך דערצעהלט װעגען דעם פּראָפּאַגאַנדאפֿאַראיין פֿון 1882. ער האָט גענומען זאַמלען אַ פֿאָנד אױף אַ אידישער צייטונג; צו קיין רעזולטאַטען האָט דאָס אָבער ניט געפֿיהרט. די באַװעגונג איז געװען צו אָרים. עס זיינען אױך דערמאָנט געװאָרען די צװיי סאָציאַליסטישע װאָכען-שריפֿטען (פּריװאַט-אונטערנעמונגען) : „די נייע צייט" און די „פֿאָלקס-צייטונג", פֿון װעלכע די ערשטע האָט זיך געהאַלטען נאָר אַ מאָנאַט, און די צװייטע — אַ פֿאָר יאָהר. שפּעטער, שױן10נאָהענט צו דער צייט, ביי װעלכער מיר האַלטען דאָ, האָבען די אידישע אַנאַרכיסטען געגרינדעט אַ װאָכענבלאַט מיט'ן נאָמען „װאָהרהייט". זי האָט אױך געהאַט אַ שװערען עקסיסטענץ-קאַמף און האָט געלעבט ביי אַ יאָהר צייט.

אין 1889 איז די ראַדיקאַלע אימיגראַנטען-באַפֿעלקערונג געװען אָהן אַ פֿרעסע. די אײנציגע צייטונג, װאָס די אידישע אימיגראַנטען האָבען דאַן געהאַט, איז געװען „די גאַזעטען" פֿון כתריאל סאַראַסאָן, אַן אָרטאָדאָקסישע װאָכען-בלאַט, װעלכע איז געװען געשריבען אױף אַ מין „עברי-טייטש".

די אידישע סאָציאַליסטען האָבען צװישען זיך אָפֿט באַשפּראָכען די פֿראַגע װעגען שאַפֿען אַ צייטונג װאָס זאָל רעפֿרעזענטירען זייער שטאַנדפֿונקט. זיי האָבען אָבער ניט געהאַט די מיטלען דערצו.

ענדליך, אין אָנהױב פֿון 1890, איז אַזאַ צייטונג געגרינדעט געװאָרען, און איהר איז באַשערט געװען צו שפּילען אַ װיכטיגע ראָלע.

װען דיזע שורות װערען געשריבען, עקסיסטירט שױן דער „פֿאָרװערטס" איבער נייןאוןצװאַנציג יאָהר, און איז שױן לאַנג די גרעסטע אידישע צייטונג אין דער װעלט און אַ ריזיגער אײנפֿלוס אין דעם אידישען לעבען; און דער „פֿאָרװערטס" איז אײגענטליך אַ פֿאָרטזעצונג פֿון דער צייטונג, װעגען װעלכער איך װעל דאָ דערצעהלען. די זיבען יאָהר, װעלכע װעלען באַהאַנדעלט װערען אין דיזען באַנד, זיינען אַן הקדמה צו די 29 יאָהר „פֿאָרװערטס".

דער ערשטער שריט, װעלכער האָט געפֿיהרט צו דער גרינדונג פֿון יענער צייטונג, איז געמאַכט געװאָרען פֿון דער אַנאַרכיסטישער אָרגאַניזאַציע, װעלכע האָט מיט אַ געװיסער ציים פֿריהער אַרױסגעגעבען די „װאָהרהייט". אַזױ װי מיט אײגענע קרעפֿטען שאַפֿען און אױפֿהאַלטען אַן אָרגאַן איז זי ניט געװען אימשטאַנד, האָט זי זיך געװענדעט צו די סאָציאַל-דעמאָקראַטען *11מיט אַ פֿאָרשלאַג, אַז ביידע פֿאַרטייען זאָלען מיט געמיינשאַפֿטליכע קרעפֿטען גרינדען אַן „אונפֿאַרטייאישע" צייטונג.

דעם לעזער, װעלכער איז דורך דיזע „בלעטער" שױן באַקאַנט מיט דעם תהום װאָס איז געלעגען צװישען די צװי טעאָריעס, װעט דער פֿאָרשלאַג אױסקומען זאָנדערבאַר. װי אַזױ איז דאָס מעגליך פֿאַר אַזעלכע שאַרף-געגענגעזעצטע פֿאַרטייען אַרױסצוגעבען אײן אָרגאַן ? — װעט ער פֿרעגען. און דאָך, װען די אַנאַרכיסטען האָבען צו דיזען צוועק גערופֿען אַ צוזאַמעןפֿאָהר, האָבען זיך אָפֿגערופֿען אָרגאַניזאַציעס — טרייד יוניאָנס, פֿאַראײנען און פֿאַרטיי גרופֿען — פֿון ביידע ריכטונגען. די שטימונגען און געדאַנקען, װאָס האָבען זיך אין דעם אױסגעדריקט, װעלען דעם לעזער קלאָר װערען פֿון די װייטערע פֿאַסירונגען. פֿאָרלױפֿיג איז פֿאַר אונז װיכטיג נאָר דער פֿאַקט, אַז אױף דעם רוף פֿון די אַנאַרכיסטען האָבען זיך אָפֿגערופֿען סאָציאַל-דעמאָקראַטישע אָרגאַניזאַציעס, אַזױ גוט װי אַנאַרכיסטישע, און אַז דעלעגאַטען צו דער אונפֿאַרטייאישער קאָנװענשאָן זיינען אױסגעװעהלט געװאָרען אין ניו יאָרק און אין עטליכע אַנדערע אַמעריקאַנער שטעדט.

די קאָנװענשאָן אָדער צוזאַמענפֿאָהר, װי מען האָט דאָס גערופֿען, איז פֿאָרגעקומען אין דער װאָך פֿון קריסטמעס, 1889, אין ניו יאָרק, אױף גרענד סטריט (אױף דער זייט, װאָס געפֿינט זיך12צו ברום סטריט צו), אין דעם בלאָק צװישען עסעקס און לאַדלאָ, װעלכער פֿלעגט דינען אַלס אַ מאַרקעט פֿון גרינסען און גראָסעריס. דאָס איז געװען די ערשטע קאָנװענשאָן פֿון ראַדיקאַלע אידען אין אַמעריקא.

עס איז אױסגעקומען אין דער צייט פֿון מיין העכסטען אינטערעס אין דעם „װאָירקמען'ס עדװאָקייט" און אין דער אַמעריקאַנער סעקשאָן פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פֿאַרטיי. אין דער אידישער באַװעגונג האָב איך דאַן אַנטייל גענומען נאָר אַלס רעדנער אױף מאַס-מיטינגען פֿון צייט צו צייט, און אַמאָל אַלס לעקטשורער אױף אַ רוסישער פֿאַרזאַמלונג. קײן מיטגליד פֿון דער אידישער פֿאַרטייגרופֿע בין איך ניט געװען. אַלזאָ, בין איך ניט געװען קײן דעלעגאַט צו דעם צוזאַמענפֿאָהר.

איך האָב איהם באַזוכט — טיילװייז אױס נייגעריגקייט, אָבער הױפֿטזעכליך מיט דעם צוועק צו זעהן זיך מיט י. פֿין'ען פֿון באַסטאָן, װעלכער איז געװען אײנער פֿון די דעלעגאַטען, און איהם אָפֿצוצאָהלען מיט אױפֿמערקזאַמקייט פֿאַר דער גאַסט-פֿריינדליכקייט װאָס ער האָט מיר אַרױסגעװיזען דריי-פֿיר מאָנאַט פֿריהער, װען איך האָב איהם באַזוכט אין באַסטאָן.

די זיצונגען זיינען פֿאָרגעקומען אין אַ קלײנעם האַלב-טונקעלען זאַל, און דעלעגאַטען זיינען געװען 47. זיי האָבען פֿאַרטראָטען 31 אָרגאַניזאַציעס (אַ געװיסער טייל פֿון די דעלעגאַטען זיינען געװען „פֿראַקסים"). זיי זיינען געזעסען צוזאַמעןגעשפּאַרט, און אױבער דער לענג פֿון דעם צימער האָט זיך געצױגען אַ שטריק — דער גרענעץ צװישען די דעלעגאַטען און דעם פֿובליקום. אין פֿאַרגלייך מיט אונזערע הײנטיגע קאָנװענשאָנס איז דאָס געװען אַ גאַנץ נעבעכ'דיגע פֿאָרזאַמלונג.

אָנשטאַט צװיי פֿאַרטייען װאָס קומען זיך צוזאַמען מיט דעם צוועק זיך צו פֿאַראײיניגען אין אײן געמיינשאַפֿטליכער אונטערנעמונג, האָט מען דאָ געפֿונען צװיי ביטער-פֿיינדליכע לאַגערען.

דער אָנפֿיהרער פֿון די סאָציאַל-דעמאָקראַטען איז געװען לואי מיללער, װעלכער איז שױן דערמאָנט געװאָרען אין צװייטען באַנד, און דער אָנפֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען — ר. לואים. צװישען די אַנדערע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע דעלעגאַטען זיינען13געװען : מאָריס הילקאָװיץ, מ. זאַמעטקין, בערנאַרד װיינשטיין און ס. זוסמאַן. צװישען די דעלעגאַטען פֿון די אַנאַרכיסטען זיינען, אױסער לואים'ן, געװען : פֿרענער, מ. קאַץ, זאָלאָטאַראָף און דער פֿאָעט עדעלשטאַדט. יאָזעף באַראָנדעס איז געװען אַ דעלעגאַט פֿון דער ניעפֿענטס מייקערס יוניאָן.

די אַנאַרכיסטען זיינען דאַן געשטאַנען אױף דעם העכסטען שטאַפֿעל פֿון זייער פֿאַנאַטיזם. זיי האָבען געגלױבט אין יענער װילדער פֿראָגראַם, װעלכע עס האָבען מיט דרייסיג יאָהר שפֿעטער אָנגענומען די װאָרט-פֿיהרער פֿון דעם דריטען אינטערנאַציאָנאַל. אַלץ, װאָס איז געטאָן געװאָרען אין דער אַרבייטער-באַװעגונג צו דערגרייכען עפֿעס אַ באַלדינגע פֿאַרבעסערונג, האָבען זיי פֿאַרדאַמט אַלס „פֿאַליאַטיװען", אַלס רפֿואות, װאָס העלפֿען נאָר אױף אַ װייִלע און דינען אַלס געפֿערליכער קאַמפֿראַמיס מיט קאַפֿיטאַל. זיי האָבען געפֿאָדערט, אַז מען זאָל זיך גלייך נעמען צו אַ רעװאָלוציע.

אַמעריקא איז דאַן געװען נאָך אַ סך װייטער פֿון סאָציאַליזם װי הײנט. זעהר װעניג פֿון איהרע איינװאוינער האָבען געהאַט דעם קלענסטען באַגריף װאָס דאָס איז אַזױנס. דאָך האָבען די אַנאַרכיסטען געפֿאָדערט, אַז מען זאָל דאָ פֿרעדיגען אַ באַלדינג סאָציאַלע רעװאָלוציע, און ניט נאָר פֿרעדיגען, נאָר גלייך „עפֿעס מאָן" אױך. זיי האָבען גערעדט װעגען װאַרפֿען באָמבעס, אַזױ װי די רוסישע טערּאָריסטען האָבען דאָס געטאָן אין זייער קאַמפֿ גענען דער צאַרישער רעגירונג. די לאַגע איז אין אַמעריקא נאַטירליך געװען אַ גאַנץ אַנדערע װי אין רוסלאַנד. װי מיר האָבען שױן געזעהן, האָבען די רוסישע רעװאָלוציאָנערען אַליין ערקלאָרט, אַז אין אַמעריקא צו געברױכען גװאַלט-מיטלען איז אַ פֿאַרברעכען. אָבער די אַנאַרכיסטען האָבען דיזען אונטערשייד איגנאָרירט.

זיי האָבען געפֿאָדערט גװאַלט-מיטלען. דעם טרייד-יוניאָניזם האָבען זיי פֿאַרדאַמט אַלס אַ מיטעל צו פֿאַרבלענדען דעם אַרבייטער די אױגען און איהם אַװעקצוציהען פֿון דער רעװאָלוציע.

גלייך דעם ערשטען נאָכמיטאָג, װען איך האָב באַזוכט דעם צוזאַמענפֿאָהר, האָב איך פֿון אַן אַנאַרכיסטישען רעדנער געהערט פֿלאַמענדע װערטער אין דיזען זין. דאָס איז געװען דער אױבען-14דערמאָנטער פֿרענער, אַ דעלעגאַט פֿון פֿילאַדעלפֿיא, אַ יונגינקער, אַ שעהנינקער, מיט אַן עהרליכען פֿנים און מיט אַ קלינגענדער װאַרימער שטימע. ער איז געװען דער בעסטער רעדנער ביי די אַנאַרכיסטען. ער איז אַרױפֿגעשפֿרונגען אױף אַ טשער און מיט זיין קלינגענדער שטימע האָט ער װילד אַטאַקירט די סאָציאַל-דעמאָקראַטען און די יוניאָנס.

„נידער מיט אַלע יוניאָנס ! — האָט ער געשריען — נידער מיט אַלע פֿאַליאַטיװען װאָס פֿאַרפֿיהרען דעם אַרבייטער !"

איך בין דאַן שױן געװען פֿאַלשטענדיג פֿריי פֿון מיין אַמאָליגער אַנאַרכיסטישער פֿאַרװירונג ; אַלזאָ, זיינען פֿרענער'ם אױסגעשריִיען מיר אױסגעקומען משוגע. אָבער די אױפֿריכטיגקייט און באַגייסטערונג, װאָס האָט געקלונגען אין זיין טאָן, האָט מיר כמעט גערירט. איך האָב איהם באַטראַכט אַלס אַ היציגען קינד. די קאָנפֿערענץ האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט.

אין מיינע געשפֿרעכען מיט די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע דעלעגאַטען האָב איך אױסגעדריקט פֿאַרװאונדערונג, װאָס זיי באַטייליגען זיך אין אַ קאָנװענשאָן צוזאַמען מיט די אַנאַרכיסטען, און װי אַזױ זיי קענען זיך גאָר באַטייליגען אין באַראַטונגען, װאו עס האַנדעלט זיך װעגען אַרױסגעבען אַ צייטונג אַ צוזאַמען.

עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז אין דעם זעלבען זין רעדען צװישען זיך די פֿיהרער פֿון די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע דעלעגאַטען אױף זייערע „קאָקוסען" אָדער פֿריװאַט-פֿאַרזאַמלונגען ; אַז זייער צוועק איז געװען אױף דער קאָנװענשאָן צו פֿאָדערען אַ באַזונדערע רייןסאָציאַליסטישע צייטונג און טריִיען צו געװינען פֿאַר זייער פֿלאַן אַזױ פֿיל דעלעגאַטען װי מעגליך.

אױף מאָרגען בין איך װידער געקומען.

פֿריהער פֿאַר דעם צוזאַמענפֿאָהר זיינען די מיטגלידער פֿון די צװיי לאַגערען פֿערזענליך געװען פֿריינדליך צװישען זיך. זיי פֿלעגען זיך אָפֿט באַגעגענען, אָפֿהאַלטען רוסישע מיטינגען צוזאַמען. דיזע קאָנװענשאָן האָט מען גערופֿען מיט'ן צוועק זיי אין גאַנצען צו פֿאַראײיניגען אַלס אַרױסגעבער פֿון אײן צייטונג ; און דער רעזולטאַט איז געװען, אַז דאָ ערשט האָבען זיך די צװיי לאַגערען גענומען זידלען.15כּמעט מיט יעדער מינוט, װאָס די דעבאַטען זײַנען אָנגעגאַנגען, איז שאַרפֿער געװאָרען די פֿאַרביסענקײט.

לואי מילער (אין 1892).
לואי מילער (אין 1892).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 14–15)

לואי מילער האָט גערעדט געגען דעם פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל אַרױסגעגעבען אַ געמײַנשאַפֿטליכע צייטונג, און ר. לואיס און פֿרענער האָבען איהם ביטער אַטאַקירט דערפֿאַר. עס האָט זיך געענדיגט מיט אַ װילדער סצענע פֿון געגענזײַטיגע באַשולדיגונגען און שאַרפֿע אױסדריקען, און אין דיזער מישעניש איז דער צוזאמענפֿאַהר צושפּרונגען געװאָרען.

דאָס, װאָס האָט געזאָלט זײַן אַ פֿאַראײניגונגס-קאָנפֿערענץ, האָט אין אמת'ן געדינט אַלס דער ערשטער ביטערער צוזאַמענשטױס פֿון מענשען װעלכע זײַנען זיך געװאָרען בלוט-שׂונאים.

2

די סאָציאַל-דעמאָקראַטען זײַנען אַװעק אָפּהאַלטען אַ קאָנפֿערענץ װעגען אַרױסגעבען אַן אײגענע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע צייטונג, און, אױף זײער אײַנלאַדונג זיך צו באַטײליגען אין די באַראַטונגען, בין איך מיט זײ מיטגעגאַנגען. אײניגע פֿון אונזערע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע גענאָסען זײַנען מיט אונז ניט מיטגעגאַנגען. זײ זײַנען אַװעק צוזאַמען מיט די אַנארכיסטען, אַלס אָנהענגער פֿון אַן אונפּאַרטײאישער צייטונג (זאַמעטקין איז אַװעק מיט די „אונפּאַרטײאישע").

מיר זײַנען אַװעק אין אַ פּריװאַט הױז, אין נאָרפֿאָלק סטריט, װאו עס האָט געװאוינט אַ פֿאַמיליע מיט'ן נאָמען װײַנמאַן, אַ אַלמנה מיט עטליכע זיהן, פֿון װעלכע דריי זײַנען געװען טעטיגע מיטגלידער פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער גרופּע. דאָרטען האָבען מיר פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען, באַטראַכטענדיג די אױסזיכטען פֿאַר אַ סאָציאַל-דעמאָקראַטישער צייטונג און פֿאַרשידענע מיטלען צוזאַמענצושטעלען דעם נױטיגען פֿאָנד. איך16בין פֿאַראינטערעסירט געװאָרען און האָב אַנטײל גענומען אין די װײַטערדיגע קאָנפֿערענצען אױך.

עס זײַנען אָפּגעהאַלטען געװאָרען פֿילע מיטינגען אַזעלכע. מיר זײַנען זיך צוזאַמענגעקומען כּמעט יעדען אָװענט.

עס איז באַשטימט געװאָרען אַז די צוקונפֿטיגע צייטונג זאָל הײסען „אַרבייטער צייטונג". מיר האָט זיך געװאָלט עפּעס אַן אָריגינעלערער נאָמען. אָבער אונטער די אומשטענדען, װאָס האָבען דאַן עקזיסטירט, איז דיזער נאָמען באַטראַכט געװאָרען אַלס דער בעסטער.

דער װיכטיגסטער מיטגליד פֿון דער גרופּע, אױסער מילער'ן, איז געװען אַ גאַנץ יונגער מאַן, װעלכער איז געקומען קײן אַמעריקאַ מיט צװײ יאָהר פֿריהער — דער אױבען-דערמאָנטער מאָרים הילקאָװיץ *. ער איז געװען אַ ריגער גימנאַזיסט, אַ געבילדעטער, אַ פֿעהיגער, אַ קלוגער און אַן אײדעלער. ער האָט גוט געקענט אי רוסיש, אי דײַטש. אױף דיזע באַראַטונגען בין איך מיט איהם באַקאַנט געװאָרען צום ערשטען מאָל. מיר זײַנען באַפֿרײַנדעט געװאָרען און פֿלעגען זיך זעהן זעהר אָפֿט.

די ערשטע צײַט האָב איך אַנטײל גענומען ניט װי אײנער פֿון דער גרופּע, נאָר עפּעס װי אַ װײַטער קרוב. מײַן הױפּט-אַמביציע האָט דאַן געהאַט אַ שײַכות צו דעם ענגלישען זשורנאַליזם און ניט צו דעם אידישען. די זונטאָג-רעדאַקטאָרען פֿון דער „סאָן", „סטאַר" און „פּרעס" האָבען מיר פֿאַראױסגעזאָגט אַ צוקונפֿט אַלס ענגלישער זשורנאַליסט, און עהנליכע קאָמפּלימענטען האָב איך באַקומען פֿון די רעדאַקטאָרען פֿון דעם „װאָירקמען'ס עדװאָקעיט", בושע און לוסיען סעניעל. קײן באַשטימטע שטרעבונג צו דער ענגלישער ליטעראַטור האָב איך נאָך דאַן ניט געהאַט; אָבער אױף מײַן אַנטײל אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע האָב איך געלעגט גרױסע האָפֿנונגען.17דאָך, די פֿראַגע װי אַזױ צו פֿאַרשפּרײטען סאָציאַליזם און אַלגעמײַנע קולטור צװישען אונזערע אידישע מאַסען, האָט מיר אימער אינטערעסירט. דעריבער האָט מיר איצט אינטערעסירט די צוקונפֿטיגע „אַרבייטער צייטונג" און מיך האָט געצױגען מיטצוהעלפֿען אין איהר. צוערשט איז דאָס אָבער געװען ניט מעהר װי אַן אינטערעס אין אַ זײַטיגער זאַך, אַ „שבת'דיגער" אינטערעס אין אַן אונטערנעמונג פֿון אונזער פּאָרטיי.

איך האָב געהאַט אַ נאָהנטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם אידישען לעבען און ערפֿאַהרונגען מיט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם. איך האָב געהאַט אַ קלאָר-באַשטימטען באַגריף װי אַזױ װאָכען-שריפֿט װי די „אַרבייטער צייטונג" דאַרף אַרױסגעגעבען װערען, און איך האָב מײַנע איבערצײַגונגען אױסגעדריקט אױף אונזערע קאָנפֿערענצען.

מילער און הילקאָװיץ זײַנען צו מײַנע ערקלערונגען געװען גלייכגילטיג. זײ זײַנען מיט דעם ענין אײַנפֿאַך ניט געװען באקאַנט. ערשטענס, האָבען זײ ניט באַקומען קײן עכט-אידישע ערציהונג און ניט געװען אַזױ באַקאַנט מיט דעם אידישען לעבען װי איך. דער גײַסט פֿון אונזערע מאַסען איז זײ געװען פֿרעמד. צװײטענס, זײַנען זײ געװען יונגער און אַן „גרינער" פֿון מיר. מילער איז געקומען מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער װי הילקאָװיץ, אָבער ער איז נאָך אױך ניט געװען גוט באַקאַנט מיט דער ענגלישער שפּראַך און נאָך װעניגער מיט דעם זשורנאַליזם לױט די פֿאָדערונגען פֿון די אַמעריקאַנער אומשטענדען.

די באַציהונגען צװישען זײ און מיר האָבען געהאַט דעם פֿרײַנדליכסטען כאַראַקטער.

מילער'ס אַ שװעסטער, סאַשאַ, אַ זעלטען-שעהנע און סיםפּאַטישע מײדעל, װעלכע פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען צו אונז אין שטוב, איז קראַנק געװאָרען און געשטאָרבען; און מילער, מײַן פֿרױ און איך האָב פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען בײַ איהר קראַנקעןבעט. מיר איז אױסגעקומען צו װאַכען איבער איהר, װען די נשמה איז איהר אױסגעגאַנגען.

זינט דאַן פֿלעגען מיר זיך מיט מילער'ן אָפֿט זעהן. מיט18פּאַרטײ-ענינים האָט אונזער באַקאַנטשאַפֿט צוערשט ניט געהאַט צו טאָן; װאָרים ער איז געװען פֿאַרטיפֿט אין דער אידישער און רוסישער באַװעגונג (ער און סטאַלעשניקאָװ האָבען אַרױסגעגעבען די רוסישע װאָכען-בלאַט „זנאַמיאַ"), װעהרענד איך האָב מײַן גאַנצע פֿרײַע צײַט אָפּגעגעבען דער ענגלישער סעקשאַן און דעם ענגלישען אָרגאַן. איצט, אַלזאָ, זײַנען מיר זיך צוזאַמענגעקומען ניט נאָר אַלס פֿערזענליכע פֿרײַנד, נאָר אױך אַלס טעטיגע אַנטײל-נעמער אין דער אידישער באַװעגונג.

איך האָב אױף איהם און אױף הילקאָװיץ'ן געקוקט װי אױף אונערפֿאַהרענע און װײניג-אידישע מענשען, װאָס װילען אַרױסגעבען אַ אידישע צייטונג. זײ, פֿון זײער זײט, װידער, האָבען אױף מיר געקוקט װי אױף אַ גר, װאָס קומט אין זײער װעלטעלע מיט אײגענע מײנונגען. די באַציהונגען זײַנען אָבער געװען אמת אָנגענעהמע.

כּמעט יעדען טאָג פֿלעג איך זיך באַשליסען ביסלאַכװײַז זיך אונערפֿאַהרענע און װײניג-אידישע מענשען, װאָס װילען אַרױסבונגען. מײַן אינטערעס פֿלעגט זיך אָבער װידער צוברענען, הױפּטזעכליך צוליב דעם קאַמף מיט די אַנארכיסטען. און דורך דיזען קאַמף זײַנען די פֿאַרהעלטניסען צװישען מילער'ן, הילקאָװיץ'ן און מיר געװאָרען אַלץ װאַרימער. מיר פֿלעגען זיך אָפֿט באַזוכען, און װען איך האָב געהאַט אַ שילער (אַ זוהן פֿון דעם אָדעסער חזן מינקאָװסקי), װעלכען איך האָב געפּערטינגט צו קאָלעדזש, האָט הילקאָװיץ, אַלס געװעזענער גימנאַזיסט און בריה אױף לאַטײן, מיר אַרױסגעהאָלפֿען מיט דעם, װאָס ער האָט איהם געגעבען ספּעציעלע לעסאָנס אין דיזען געגענשטאַנד.

עס זײַנען אָפּגעהאַלטען געװאָרען פֿילע מאַס-מיטינגען, אױף װעלכע אונז סאָציאַל-דעמאָקראַטען איז אױסגעקומען צו פֿיהרען דיסקוסיעס מיט מענשען פֿון פּובליקום, װאָס האָבען סימפּאַטיזירט מיט דעם אַנארכיסטישען געשריי װעגען אַן אונפּאַרטײאישער צייטונג. איך בין געװען אײנער פֿון די הױפּט-רעדנער אױף דיזע מיטינגען און דאָס האָט מיר אין דעם קאַמף אַרײַנגעצױגען אַלץ טיפֿער.

3
פֿיליפּ קראַנץ. — דער לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד" און די צוקונפֿטיגע „אַרבייטער צייטונג" פֿון ניו יאָרק.

19עס איז שױן געװען באַשטימט װער עס זאָל זײַן דער רעדאַקטאָר פֿון דער צייטונג. דאָס איז געװען פֿיליפּ קראַנץ, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד". זײַן אמת'ער נאָמען איז געװען יעקב ראָמבראָ; און אַזױ פֿלעגט ער זיך אונטערשרײַבען אונטער די אַרטיקלען און קאָרעספּאַנדענצען װאָס ער פֿלעגט שרײַבען פֿאַר'ן „װאָסכאָד", דעם רוסישען מאָנאַט-שריפֿט פֿאַר אידישע אינטערעסען. מילער איז מיט איהם באקאַנט געװאָרען אין דעם פֿאָריגען זומער, װען זײ זײַנען בײַדע געװען אין פּאַריז אױף דעם אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעס, מילער אַלס דעלעגאַט פֿון די פֿאַראײניגטע אידישע געװערקשאַפֿטען פֿון ניו יאָרק, און קראַנץ — אַלס דעלעגאַט פֿון דער אידישער באַװעגונג אין לאָנדאָן. קראַנץ האָט דאַן אַנגענומען מילער'ס פֿאָרשלאַג צו קומען קײן אַמעריקאַ רעדאַקטירען אַ סאָציאַל-דעמאָקראַטישע אידישע צייטונג. דאָס איז אַלזאָ פֿאָרגעקומען מיט עטליכע מאָנאַט אײדער עס האָט זיך געעפֿענט דער אידישער צוזאַמענפֿאָהר אין ניו יאָרק.

מאָרים הילקאָװיץ (הילקװיט). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1901.
מאָרים הילקאָװיץ (הילקװיט). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1901.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 18–19)

די טענות פֿון די אַנארכיסטען װעגען אַן אונפּאַרטײאישער צייטונג האָבען געמאַכט אַן אײַנדרוק. דער װאָרט „אונפּאַרטײאיש" האָט אַ צױבער-קלאַנג. די ענטװיקעלטערע אַרבייטער האבען פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאָדערונג האָט קײן זין ניט. די ברײטע מאַסען אָבער האָבען געװאוסט פֿון אײן כּלל: אַז אַן אונפּאַרטײאישקײט, אײניגקײט, איז שעהנער װי פֿאַרטײאישקײט, צוטײלטקײט און רײסערײ (בײַ אונז האָט מען די „אונפּאַרטײאישע" גערופֿען „פֿאַרעװע לאָקשען"). אונטער דיזע אומשטענדען האָט קראַנץ פֿאַר די סאָציאַל-דעמאָקראַטען געהאַט אַ ספּעציעלע באדײַטונג, װאָרים דער „אַרבייטער פֿרײַנד" פֿון לאָנדאָן איז געװען אַן אונפּאַרטײאישע צייטונג (ריכטיגער געזאָגט, אַ צװײ-פּאַרטײ20אישע, װאָרים די גרופּע װאָס איהר האָט ארױסגעגעבען איז באַשטאַנען פֿון סאָציאַל-דעמאָקראַטען און אַנארכיסטען). עם האָט אַלזאָ געהײסען, אַז אפֿילו דער רעדאַקטאָר פֿון יענער אונפֿאַרטײאישער צייטונג איז אױך פֿאַר אַ פֿאָרטײאישער צייטונג.

אַ נאָמען האָט קראַנץ געהאַט אַ גוטען. די אידישע סאָציאַליסטען און אַנארכיסטען פֿון לאָנדאָן האָבען איהם ליב געהאַט. מען דאַרף באַמערקען, אַז די אַנארכיסטען האָבען אין דער „אַרבייטער פֿרײַנד" גרופּע געהאַט אַ מאַיאָריטעט; און דאָך האָבען זײ איהם, דעם סאָציאַל-דעמאָקראַט, אָנגענומען פֿאַר זײַער רעדאַקטאָר. דאָס אַלץ האָט מען אין ניו יאָרק געװאוסט.

אחוץ דעם: דער לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד" איז געװען אַ הײליגטום בײַ די אידישע אַנארכיסטען און בײַ די „אונפּאַרטײאישע" פֿון ניו יאָרק. אַלץ װאָס איז װײַט איז צױבערליך. און אין יענער װײַטער װעלטעל, אין לאָנדאָן, איז קראַנץ געװען רעספּעקטירט פֿון בײַדע פֿאַרטײַען. דעריבער האָט זײַן נאָמען דאַ געהאַט אַ מאַגנעטיזם. אַלזאָ, װען מיר זאָלען קומען צום עולם און ערקלערען, אַז אָט יענער קראַנץ, אָט דער װעלכען בײַדע צדדים האָבען דאָרטען ערװעהלט צו פֿיהרען זײער אונפּאַרטײאישען „אַרבייטער פֿרײַנד", װעט זײַן אונזער רעדאַקטאָר — װעט דאָס פֿאַר דער אַרבייטער צייטונג זײַן אַ שטאַרקער אַדװערטײזײמענט. אַזױ האָבען די אידישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען פֿון ניו יאָרק גערעכענט.

װען איך בין מיט די אַלע אײנצעלהײטען באַקאַנט געװאָרען, האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד". איך בין געװען נײַגעריג צו זעהן װאָס פֿאַר אַ צייטונג דאָס איז — װי אַזױ קראַנץ רעדאַקטירט איהר. די װײַנמאַנס האָבען געהאַט אַן אײַנגעבונדענעם יאָהר-גאַנג פֿון דעם „אַרבייטער פֿרײַנד", און אַ געװיסען אָװענט האָב איך אין זײַער פּאַרלאָר פֿאַרבראַכט לעזענדיג דעם דאָזיגען באַנד. װען איך בין פֿאַרטיג געװאָרען, און זײ האָבען בײַ מיר געפֿרעגט מײַן מײנונג, האָב איך געענטפֿערט, אַז עס איז ניט געשריבען פּאָפּולער גענוג; אַז אונזערע מאַסען װעלען אַזעלכע אַרטיקלען ניט פֿאַרשטעהן און ניט אינטערעסירען זיך מיט זײ.21פֿון מײַן מיינונג אַז די „אַרבייטער צייטונג" דאַרף זײַן געשריבען אױף אַ גאַנץ אײַנפֿאַכען אידיש און אױף אַן עכט-אידישען שטײגער האָבען די װײַנמאַנס שױן געװאוסט. האָב איך איצט אױסגעדריקט די האָפֿנונג, אַז װען קראַנץ װעט קומען, װעט ער אײַנפֿאַרשטאַנען זײַן מיט מיר. יעדענפֿאַלם, האָב איך באַמערקט, טאָר מען װעגען אַזעלכע זאַכען איצט ניט רײַדען; מיר מוזען אַרױסװײַזען פֿאַלשטענדיגע מיינונגס-אײַניגקייט.

„דער אַרבייטער פֿרײַנד" איז געװען אַ טרוקענע צייטונגעל. כּמעט אַלע אַרטיקלען, אױסער די פּעליטאַנען, זײַנען געװען געשריבען אין אַ שפּראַך פֿון מענשען, װעמען דער עכטער גײַסט פֿון דעם אידישען לשון איז פֿרעמד. קראַנץ (אַזױ װי מילער און הילקאָװיץ) איז אין חדר געגאַנגען זעהר װײַניג. אידיש האָט ער גערעדט גוט. זײַן געשריבענע שפּראַך האָט געהאַט אַ קלאָרען אײַנפֿאַכען סטיל. עס האָט אָבער אין איהר געפֿעהלט דער עכט-אידישער אױסדרוק, די זאַפֿט פֿון אונזער לשון. דער אײַנציגער מיטאַרבייטער פֿון דעם „אַרבייטער פֿרײַנד", װעלכער איז געװען אַן אמת'ער איד, איז געװען מאָריס װינטשעװסקי (ער האָט נאָך דאַן געװאוינט אין לאָנדאָן. ער איז אַמאָל געװען אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ העברעאַישער צייטונג, און צװישען לעזער פֿון לשון קודש איז ער געװען באַקאַנט אַלס אַן אױסגעצייכענטער שרײַבער. אידיש האָט ער אױך געשריבען גלענצענד און ער האָט געהאַט אַ שעהנעם אידישען הומאָר, אָבער דאָס רוב פֿלעגט. דיזער הומאָר זײַנער אױך פֿאָדערען אַ געװיסען גראַד ענטװיקלונג בײַ דעם לעזער. פֿאַר די גאַנץ אײַנפֿאַכע אידישע אַרבייטער איז זײַן שפּראַך געװען אַ ביסעל צו הױך.

אױך בין געװען טיף איבערצײַגט, אַז װען די „אַרבייטער צייטונג" זאָל אַרױסגעגעבען װערען אױף דעם זעלבען אַרט װי דער „אַרבייטער פֿרײַנד", װעט זי ניט האָבען קײן ערפֿאָלג. אַרום דעם „אַרבייטער פֿרײַנד" זײַנען געשטאַנען איבערגעבענע, באַגײַסטערטע אָנהענגער. זייער צאָל איז אָבער געװען קלײן. מײַן מיינונג איז געװען, אַז מיר דאָ אין אַמעריקא דאַרפֿען שאַפֿען אַ צייטונג, װאָס זאָל רעדען צו די הערצער און צו די מוחות פֿון גרױסע מאַסען.22עס איז לײַכט געװען צו זעהן, אַז קײן זשורנאַליסט איז קראַנץ ניט. איך האָב געװאוסט, אַז ער איז אַ געבילדעטער מאַן, אָבער איך האָב פֿאַרשטאַנען (און שפּעטער איז מײַן מיינונג באַשטעטיגט געװאָרען פֿון מײַן פּערזענליכער באַקאַנטשאַפֿט מיט איהם), אַז זײַנע פֿעהיגקייטען פּאַסען זיך מעהר פֿאַר אַ פּראָפֿעססאָר, אַ געלעהרטען, װי פֿאַר אַ צייטונגס-מאַן; איך האָב אָבער געהאָפֿט אין שטאַנד צו זײַן איהם צו איבערצײַגען, אַז מען דאַרף די צייטונג פֿיהרען גאַנץ אַנדערש װי דעם „אַרבייטער פֿרײַנד". אונטער די אױבען-ערקלערטע אומשטענדען איז ער געװען די פּאַסענדסטע פּערזאָן צו זײַן רעדאַקטאָר. אַלזאָ, האָב איך איהם אונטערשטיצט מיט אַלע מײַנע קרעפֿטען.

איך האָב דאַן געגלױבט, אַז איך װעל דער „אַרבייטער צייטונג" אָפּגעבען נאָר אַ קורצע צײַט, ביז זי װעט אײַנגעפֿונדעװעט װערען. דערװײַל אָבער האָב איך פֿאַר דער אונטערנעמונג געאַרבייט בוכשטעבליך טאָג און נאַכט.

4
„אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן". — דעבאַטען. — שטעד-װערטער. — אַ קאָמיטע „פֿון פֿאָלק". — קאַפֿענהיים. — דזשאָעף באַראָנדעם. — פֿיליפּ קראַנץ.

אַלע טעטיגע גענאָסען אונזערע, װאָס האָבען מיט אונז סימפּאַטיזירט, האָבען זיך אָרגאַניזירט אונטער'ן נאָמען „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן".

איך האָב אױפֿגעשריבען אַ ליפֿלעט, אין װעלכען עס איז ערקלערט געװאָרען דער צװעק פֿון דער צייטונג, און ער איז אָנגענומען געװאָרען פֿון דער אַסאָסיאיישאָן. מיר האָבען איהם אָפּגעדרוקט און פֿאַרטײלט מאַסענװײַז אױף די מיטינגען פֿון די אידישע יוניאָנס און אױף פֿאַרשידענע אַנדערע פֿאַרזאַמלונגען. די טעטיגסטע פֿון אונז, הױפּטזעכליך מילער, הילקאָװיץ און איך, זײַנען אומגעגאַנגען איבער די יוניאָנס האַלטען רעדעס, אַגיטירען פֿאַר דער צוקונפֿטיגער צייטונג, בעטען אַז מען זאָל בײַשטײַערען23צו אַ פֿאָנד פֿאַר איהר. מיר דרײַ און אַ פּאָר אַנדערע האָבען זיך מיט דעם באַשעפֿטיגט יעדען אָװענט. גלײַך פֿון דער איװינינג סקוהל פֿלעג איך לױפֿען אױף די דאָזיגע מיטינגען אָדער אױף אַ קאָנפֿערענץ פֿון אַ קאָמיטע.

נאָך אונז זײַנען נאָכגעגאַנגען די רעדנער פֿון די אַנאַרכיסטען. אױף יעדער פֿאַרזאַמלונג, װאו מיר האָבען גערעדט, האָבען זיי גלײַך נאָך אונז גענומען דאָס װאָרט. זיי האָבען אַטאַקירט אונזערע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע ערקלערונגען, און הױפּטזעכליך אונזער װאונש צו גרינדען אַ „פּאַרטייאישע" צייטונג. זיי האָבען געפֿאָדערט שטיצע פֿאַר זייער פּלאָן צו האָבען אַ צייטונג, װאָס זאָל אַרױסגעגעבען װערען פֿון בײדע פּאַרטייען צוזאַמען.

עס איז ניט לײַכט געװען פֿאַנאַנדערצוטרײַבען דעם טומאַן, װאָס דער װאָרט „אונפּאַרטייאיש" האָט אַרײַנגעבראַכט אין די מוחות. איך געדענק װי איך פֿלעג טענה'ן: רעדעפֿרײַהייט? נאַטירליך איז דאָס אַ הײליגע זאַך. מיט דעם מײַנט מען אָבער אַז יעדע פּאַרטיי דאַרף זײַן פֿרײַ אַרױסצוגעבען איהרע צייטונגען, זשורנאַלען, שריפֿטען, פֿרײַ פֿאָרצושטעלען און צו פּרעדיגען איהרע געדאַנקען. דאָס הײסט אָבער ניט, אַז צװײי געגענגעזעצטע פֿאַרטייען זאָלען, װי צװײי קעץ אין אײַן זאַק, אַרױסגעבען אײַן צייטונג, און דורך דעם זאָל יעדע פֿון זיי זײַן געשטערט אין איהר אַגיטאַציע. דאָס װאָלט גראַד געװען געגען רעדעפֿרײַהייט.

אױף דעם האָט אױף אַ געװיסען מיטינג אײמיצער אױסגעשריען צו מיר:

„אַהאַ! איהר האָט מורא טאַמער װעט מען אײַערע אַרגומענטען צוקלאַפֿען! אױב איהר זײַט זיכער, אַז איהר האָט רעכט, דאַרפֿט איהר אַלײן װעלען אַרױסגעבען אַ צייטונג צוזאַמען מיט אײַערע געגנער".

— זאָלען די געגנער צוקלאַפֿען אונזערע אַרגומענטען אין זייער אײגענער צייטונג — האָב איך געענטפֿערט.

— באַזונדער! רק באַזונדער! די אַרבייטער דאַרפֿען זײַן אינאײַנעם, ניט באַזונדער, — האָט מען צו מיר געשריען.

— געװיס! אין די יוניאָנס מוזען זיי זײַן פֿאַראײַניגט,24און פּאָליטיש אױך. זיי דאַרפֿען אַלע געבען זייערע שטימען פֿאַר דיזעלבע קאַנדידאַטען, פֿאַר זייערע אײַגענע אַרבייטער-קאַנדידאַטען.

— אַהאַ, פּאָליטיק! שטימען! די שטים-קעסטעלע! נידער מיט איהר! נידער מיט די װאוטס! נידער מיט דער פּאָליטיק! עס לעבע די סאָציאַלע רעװאָלוציע!

און דער זאָל װערט צוטײלט: אײיניגע אַפּלאָדירען די „באַלדיגע רעװאָלוציע"; אַנדערע שרײַען: „עס לעבע די סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"!

אַזעלכע סצענעס זײַנען פֿאָרגעקומען אומעטום. עס זײַנען אױך פֿאָרגעקומען פֿאָרמעלע דעבאַטען פֿײערדיגע. עס האָבען אױך ניט געפֿעהלט טשיקאַװע פֿאַסירונגען.

אָט, צום בײַשפּיעל, זיצען מיר, מיטגלידער פֿון דער „אַרבייטער צייטונג אַסאָסיאיישאָן", אױף אונזערען אַ בײַנעמס מיטינג, אין 125 ריװינגטאָן סטריט. פּלוצלונג הערט זיך אַ קלאַפֿ אין טיר. דער „טיר-שטייער" עפֿענט אױף, און אין אַ מינוט אַרום קומט ער צוריק מיט אַ באַריכט: צװײי יונגע לײַט פֿאָדערען מען זאָל זיי צולאָזען אַלס אַ קאָמיטע.

— אַ קאָמיטע פֿון װעמען? — פֿרעגט דער טשערמאַן.

— פֿון פֿאָלק, זאָגען זיי, — ענטפֿערט מיט אַ שמייכעל דער „טיר-שטייער", — אַזױ זאָגען זיי: „מיר זײַנען אַ קאָמיטע פֿון פֿאָלק".

מען בעט זיי אַרײַנקומען. עס באַװײַזען זיך צװײיי אַנאַרכיסטען: טראַפֿ און שטרוהל. אין זייערע רעדעס ערקלערען זיי, אַז דאָס פֿאָלק איז אױפֿגעבראַכט געגען אונזער פּלאָן צו האָבען אַ פּאַרטייאישע צייטונג; אַז דאָס פֿאָלק פֿאָדערט אײיניגקייט געגען דעם אַלגעמיינעם שונא, קאַפּיטאַל, אַז דאָס פֿאָלק באַפֿעהלט אונז אַרױסצוגעבען אַן „אונפּאַרטייאישע" צייטונג מיט די אַנאַרכיסטען צוזאַמען.

דער קאַמפֿ איז געװאַקסען, און איך בין אין איהם אַרײַנגעצױגען געװאָרען אַלץ טיפֿער און טיפֿער. זעהר אָפֿט פֿלעגט25מיר אױסקומען צו באַזוכען עטליכע יוניאָנס אָדער פֿאַראײַנען אין אײן אָװענד, און אומעטום דעבאַטירען מיט די אַנאַרכיסטען און מיט אַנדערע „אונפּאַרטייאישע". אומעטום פֿלעג איך אַדװערטײַזען דעם פֿאַקט, אַז אונזער רעדאַקטאָר װעט זײַן פֿיליפּ קראַנץ, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד". איך פֿלעג מיט גרױס פֿאַראָד ערקלערען, אַז הגם דער „אַרבייטער פֿרײַנד" איז אַן אונפּאַרטייאישע צייטונג, איז אָבער פֿיליפּ קראַנץ אײַנפֿאַרשטאַנען מיט אונז, אַז סאָציאַליסטען קעננען צוזאַמען מיט אַנאַרכיסטען ניט געהן.

מיר פֿלעגען מאַכען חוזק פֿון דעם אַנאַרכיזם, און די אַנאַרכיסטען פֿלעגען שרײַען, אַז מיר פֿאַרהאַלטען די סאָציאַלע רעװאָלוציע. זיי פֿלעגען אַטאַקירען אונזער „פֿאַררעטערישען" פּאָליטישען קאַמפֿ און די פֿאַרלאַמענטען, אין װעלכע די סאָציאַל-דעמאָקראַטען באַטייליגען זיך. זיי פֿלעגען פֿאָדערען „אײיניגקייט", און מיר פֿלעגען ענטפֿערען, אַז מיט מענשען װאָס אַזױ פּרעדיגען אונזין קעננען מיר צוזאַמען ניט געהן.

„װײַבאַלד מיר פֿאַרהאַלטען די רעװאָלוציע, און מיר זײַנען פֿאַררעטער צו דעם אַרבייטער-קלאַס, טאָ װי אַזױ קעננט איהר זיך מיט אונז פֿאַראײַניגען? — פֿלעגען מיר פֿרעגען מיט שפּאַס. דאָס װײַזט נאָר, אַז איהר מיינט ניט װאָס איהר רעדט".

עס פֿלעגען פֿליהען שטעד-װערטער, שימפֿ-װערטער.

אין די יוניאָנס האָבען מיר געהאַט די אױבער-האַנט. די װיכטיגסטע פֿאָרשטעהער פֿון די יוניאָנס זײַנען געװען מיטגלידער פֿון אונזער אַסאָסיאיישאָן.

די „אַסאָסיאיישאָן" האָט אָנגעשטעלט אַ פּאָר ספּעציעלע מענשען צו געהן איבער די פֿאַרשידענע יוניאָנס נאָך געלט; הױפּטזעכליך האָט זיך מיט דעם באַשעפֿטיגט אַן אינטעליגענטער דײַטשער איד מיט'ן נאָמען קאַפֿענהיים. ער איז פֿאַר אונז זעהר װיכטיג געװען, װאָרים ער איז ניט געגאַנגען בלױז צו די אידישע יוניאָנס, נאָר אױך צו די דײַטשע, און אַזױ װי די דײַטשע יוניאָנס זײַנען דאַן כּמעט אַלע געװען סאָציאַליסטיש, איז ער פֿון קײַנעם פֿון זיי מיט לײַדיגען ניט אַװעקגעגאַנגען. מיט26קאַפֿענהיים'ען צוזאַמען פֿלעגט געהן אונזער טרעזשורער, זוסמאַן, אָדער עפּעס אַן אַנדער מיטגליד פֿון דער אַסאָסיאיישאָן. אױב איך האָב קײן טעות ניט, האָט מען אױף דיזען אַרט צוזאַמענגעשטעלט אַ סומע פֿון איבער אַכט הונדערט דאָלאַר.

מיר האָבען אױך גענומען אַ טעאַטער בענעפֿיט. עס איז באַשלאָסען געװאָרען צו געהן איבער די שעפּער פֿאַרקױפֿען טיקעטס. די גענאָסען האָבען אױסגעדריקט אַ פֿאַרלאַנג, אַז די אַרבייט זאָל איך טאָן. אין דעם ענגען קרײַז פֿון די אָרגאַניזירטע אידישע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער איסט-סײַד בין איך די לעצטע דרײַ-פֿיער יאָהר ניט געװען טעטיג; אָבער בײַ די ברײַטע אידישע מאַסען בין איך געװען גוט באַקאַנט.

איך האָב אָנגענומען דעם פֿאָרשלאַג, און איך האָב געבעטען אַז מען זאָל מיר צוגעבען אַ באַגלייטער. אױף דעם האָט זיך אױסגערופֿען דזשאָעף באַראָנדעס, װעלכער איז דאַן נאָך געװען אַ קורצע צייט אין אַמעריקא און איז נאָך געװען זעהר װייניג באַקאַנט אין דער באַװעגונג. ער האָט דאַן געאַרבייט בײַ „דזשוירזיס" (געשטריקטע בלוזקעס אָזעלכע).

דאָס איז געװען אַ קורצע צייט פֿאַר פּורים, נאָהענט צו פֿריהלינג. פֿריהער איז געגאַנגען אַ שניי און ער איז צוגאַנגען; די גאַסען זײַנען געװען נאַס, בלאָטיג. באַראָנדעס איז געװען יונג, אונערפֿאַהרען, און זײַן אַבגריף װעגען דעם רעװאָלוציאָנערען קאַמפֿ האָט אָפֿט באַקומען זאָנדערבאַרע פֿאָרמען. אין די שעפּער, װאו מיר זײַנען אַרײַנגעקומען, פֿלעגט ער זיך פֿאַרמעסטען צו טרעטען איבער די דזשעקעטס מיט זײַנע נאַסע שיך, און אין אײן פּלאַץ האָט ער װירקליך אַזױ געטאָן. דערבײַ האָט ער צו מיר פֿרעהליך צוגעװאונקען. איך האָב איהם ערקלערט, אַז אױב ער װעט ניט סטאַפּען, װעל איך געהן אַלײן. ער האָט מיר געענטפֿערט מיט אַ קינדערשען געלעכטער, אַז די דזשעקעטס מיט די רעק זײַנען דאָס אײיגענטום פֿון קאַפּיטאַל, און אַז דעריבער איז אַ מצוה צו טרעטען אױף זיי. איך האָב איהם גענומען27באװײזען, אַז ניט דאָס הײסט רעװאָלוציע, און איך האָב געװאונען די דעבאַטע.

אין אײניגע שעפֿער האָבען זיך די באָסעס ענטזאַגט אונז אַרײנצולאָזען. אָבער דאָס זײנען געװען אױסנאַהמען. דאָס רוב האָבען זײ זיך פֿאַרהאַלטען העפֿליך צו אונז. פֿילע פֿון די אַרבייטער זײנען נאָך ניט געװען באַקאַנט מיט אונזער באװעגונג. אָבער אַ היבשע צאָל איז יאָ געװען באַקאַנט, און זײ האָבען אונז אױפֿגענומען מיט פֿרײד, געקױפֿט טיקעטס בײ אונז און צוגעזאָגט צו מאַכען קאָלעקשאָנס פֿאַר אונזער פֿאָנד.

אַזױ זײנען מיר געגאַנגען פֿון שאָפּ צו שאָפּ. װען מיר זײנען דורכגעגאַנגען דורך קלינטאָן סטריט, האָבען מיר באַגעגנט בערנאַרד װײנשטײן'ען, צוזאַמען מיט אַ מאַן פֿון אַ יאָהר 32, אַ פֿולען, אַ שעהן-געװאוקסענעם, מיט ברײטע שולטערן, מיט אַ גרױסען געזונטען פּנים און דונקעל-בלאָנדע װאָנצעם. איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז דאָס איז אונזער גאַסט פֿיליפּ קראַנץ, װאָרום יענעם טאָג האָט געדאַרפֿט אָנקומען זײן שיף, און איך האָב געװאוסט, אַז װײנשטײן איז געגאַנגען איהם אָפֿנעמען. מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט אױף אײניגע מינוטען, און מיר זײנען באַקאַנט געװאָרען. שפּעטער נאָכמיטאָג האָבען מיר זיך װידער געזעהן און פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שטונדען צוזאַמען.

ער איז געװען אַן אײנפֿאַכער, זעהר אַנגענעמער מענש. ער האָט מיט אַלעמען גערעדט מיט פֿרײנדליכקײט. זײן שמײכעל און איבערהױפּט זײן פֿרעהליכקײט איז געװען צוציהענד. װען מיר זײנען נעהנטער באַקאַנט געװאָרען, פֿלעגט ער אָפֿט אַ שטיף טאָן װי אַ לוסטיגער אינגעל. אין זײנע פֿרעהליכע מאָמענטען פֿלעגט ער װעגען זיך אַמאָל רײדען אַלס „יאַנקעלע חכם" *.28אין אַן ערנסטען געשפּרעך אָבער האָט ער קײנמאָל ניט גערעדט װעגען זיך, קײנמאָל זיך ניט באַריהמט, ניט גערוקט זײן „איך", ניט געזוכט קײן קאָמפּלימענטען.

ער איז געװען נאָר מיט אַ פּאָר יאָהר עלטער פֿאַר מיר, אָבער איך האָב אױסגעזעהען אינגער װי מײנע יאָהרען; דעריבער האָט דער אונטערשיד געשינט צו זײן גרעסער װי אין אמת'ן. צװישען זיך פֿלעגען מיר אימער רײדען רוסיש. בײ אונז זײנען שנעל ענטװיקעלט געװאָרען די װאָרימסטע באַציהונגען; אָבער אין דער פֿראַגע װי אַזױ די צייטונג דאַרף אַרױסגעגעבען װערען, איז צװישען אונז געװען אַ תהום. יעדעם מאָל װען איך האָב פֿאַר איהם פֿאָרגעלײגט מײן מײנונג, האָט ער מיך אױסגעהערט פֿרײנדליך, אָבער אַזױ װי איך װאָלט רײדען װעגען אַן ענין אין װעלכען ער האָט קײן אינטערעם ניט. אפֿשר האָט ער ניט געװאָלט לײדען װאָס איך מיש זיך אין זײנע געשעפֿטען.

5
צוגרײטונגען. — „די סדרה". — אַן אַרטיקעל װעגען די װילדע פֿון אַפֿריקאַ.

די צייטונג האָט באַדאַרפֿט אַרױסקומען אין אַ פּאָר װאָכען אַרום, אין דער װאָך פֿון פּורים.

אין מײנע געשפּרעכען מיט מיללער'ן, הילקאָװיץ'ן און קראַנץ'ן האָב איך, צװישען אנדערע זאַכען, אַרױסגעזאָגט אַ מײנונג, אַז די „אַרבייטער צייטונג" מוז האָבען אַ ספּעציעלען סאָרט פֿעליעטאָן, אַזאַ װאָס זאָל האָבען אַן עכט-אידישען כאַראַקטער. אַזױ װי זײ זײנען געװען װײניג באַקאַנט מיט דעם אידישען גײסט, האָט מײן באַמערקונג אױף זײ קײן אײנדרוק ניט געמאַכט. איך האָב אָבער ניט אױפֿגעהערט צו טראַכטען װעגען דעם, ביז איך בין געקומען צום פֿאָלגענדען געדאַנק: דער פֿעליעטאָן דאַרף ענטהאַלטען אַ הומאָריסטישען שמועם װעגען טאָגעס-פֿראַגען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ װעכענט ליכער דרשה, אַזױ װי אַ מגיד דרשנ'ט איבער דער סדרה פֿון דער װאָך. די פֿאָרמע גופֿא װאָלט אַרױסגערופֿען אַ פֿרײנדליכען29אידישען שמײכעל, און זי װאָלט געצױגען אױפֿמערקזאַמקײט צו דער צייטונג. אַלזאָ, איז מיר אײנגעפֿאַלען אין זינען, אַז דער פֿעליעטאָן זאָל טאַקע הײסען „די סדרה". דערצו האָט זיך שױן אױך געפֿאַסט אַז דער אונטערשריפֿט זאָל זײן „מגיד". אױף דיזען אָרט איז בײ מיר געבאָרען געװאָרען דער נאָמען „פּראָלעטאַרישקער מגיד".

פֿיליפּ קראַנץ (אין 1891).
פֿיליפּ קראַנץ (אין 1891).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 28–29)

איך האָב זיך גלײך גענומען שרײבען אַזאַ פֿעליעטאָן. איך האָב אױסגערעכענט, אַז אין דער װאָך, װען עס װעט ערשײנען אונזער ערשטער נומער (די װאָך פֿון פּורים) װעט געהן „כי תשא"; האָב איך גענומען אַ חומש, אױפֿגעמישט די סדרה „כי תשא" און אָנגעשריבען אַ רעװאָלוציאָנערע „דרשה" אױף איהר.

װען איך האָב דאָס פֿאָרגעלעזען פֿאַר הילקאָװיץ'ן, איז ער געװען ענטציקט. איצט האָט ער פֿאַרשטאַנען װאָס איך האָב געמײנט, און װי װעניג איד ער איז געװען, האָט ער דאָך אָפּגעשאַצט די באַדײטונג, װאָס אַזעלכע פֿעליעטאָנען קענען האָבען פֿאַר אַזאַ צייטונג װי אונזערע. קראַנץ'ן און מיללער'ן איז די סדרה אױך שטאַרק געפֿעלען געװאָרען.

יעדער נײער געדאַנק, װאָס איז מיר אײנגעפֿאַלען אין באַצוג צו דער צייטונג, האָט מיך אַלץ טיפֿער אַרײנגעצױגען אין דער אונטערנעהמונג. איך האָב זיך איבערגעגעבען צו איהר מיט דער גרעסטער ענערגיע. איך האָב כמעט װעגען קײן אנדער זאַך ניט געקענט דענקען.

אין דעם „װאָירקמענס עדװאָקעיט" האָב איך אין יענע טעג נאָר געשריבען אײן אַרטיקעל — אַן אױספֿיהרליכע ער קלערונג װעגען דער קומענדער „אַרבייטער צייטונג" און אונזער קאַמף מיט די אנאַרכיסטען. דער רעדאַקטאָר האָט מיך געבעטען זיך צו באַטײליגען אַזױ אָפֿט װי פֿריהער. איך האָב דאָס אָבער אָפּגעלײגט. פֿאַר דער „סאָן" האָב איך אױך ניט געשריבען.

די „אַרבייטער צייטונג" איז איצט געװען מײן הױפּט אינטערעם. די לעהרעריי איז בײ מיר געװען אַ קװאל פֿון לעבענס-מיטלען. אָבער יעדע פֿרײע מינוט האָב איך אָפּגעגעבען צו דער אַגיטאַציע און צוגרײטונגען פֿאַר דער נײער צייטונג.30איצט, מיט עטליכע און דרײסיג יאָהר שפּעטער, קען איך זאָגען, אַז דאָס איז געװען אײנע פֿון די העכסטע באַגײסטערונגען אין מײן לעבען.

די „סדרה" איז ניט געװען די אײנציגע אָפּטײלונג, װעגען װעלכער איך האָב געטראַכט און איבערגעטראַכט.

איך בין ניט געװען דער רעדאַקטאָר, און דאָך האָב איך טאָג און נאַכט געקלערט װעגען פֿאַרשידענע מיטלען װי אַזױ צו מאַכען די צייטונג װאָס לעבעדיגער, װאָס אינטערעסאַנטער, צו געבען איהר די מעגליכקײט צו האָבען אַן אמת'ן ערפֿאָלג. קראַנץ, דער רעדאַקטאָר, האָט זיך צו פֿילע פֿון מײנע פּלענער אַלץ פֿאַרהאַלטען נאָר העפֿליך; אָבער דאָס האָט מיר ניט אָפּגעקיהלט. פֿאַרקעהרט: עס האָט אין מיר נאָך מעהר צוברענט אַ קאַמף-לוסט, אַ װאואונש צו באװײזען, אַז איך האָב רעכט. איך האָב געקלערט װעגען ערנסטע, אָבער לײכט-געשריבענע סאָ ציאַליסטישע אַרטיקלען, פּאָפּולערע װיסענשאַפֿטליכע אַרטיקלען און אנדערע „פֿיטשורס", װאָס זאָלען זײן פֿאַרשטענדליך און צוציהענד פֿאַר אונזערע אַרבייטער מאַסען. זײ האָבען ניט קײן בילדונג, זײ האָבען אָבער אײנבילדונגס-קראַפֿט און פֿילע פֿון זײ זײנען פֿעהיג און האָבען אַ דורשט צו װיסען און פֿאַר שטעהן. דאָס אַלץ מוז מען האָבען אין זינען בײ אַזאַ צייטונג װי אונזערע — האָב איך זיך געטראַכט — מען דאַרף זײ לערנען. מען דאַרף זײ באַקאַנט מאַכען מיט'ן װיסען שאַפֿטליכען סאָציאַליזם; מען דאַרף זײ אָבער אױך באַקאַנט מאַכען מיט אַלגעמײנע װיסענשאַפֿטען. אָבער טרוקענע װיסען שאַפֿט קען מען אַזעלכע לעזער ניט געבען. די „ביטערע פּיל" מוז באַדעקט װערען מיט צוקער. מען דאַרף זײ געבען אַרטיקלען, װעלכע זאָלען זײ זײן אינטערעסאַנט װי אַ שפּאַנענדע מעשה, און װעלכע זאָלען זײ באַקאַנט מאַכען מיט אַביסעל װיסענשאַפֿט, אָדער סתם מיט דער װעלט (מען דאַרף געדײנקען, אַז אין יענע יאָהרען זײנען די אידישע פֿאָלקס-מאַסען געװען נאָך װײניגער ענטװיקעלט, אַ סך װײניגער, װי הײנט).

איך האָב אָנגעהױבען צו זוכען מאַטעריאַל פֿאַר אַזעלכע אַרטיקלען. איך בין אַװעק אין אַסטאָר לײברערי, גענומען אַ31גאַנצען באַרג פּאָפּולער-װיסענשאַפֿטליכע ביכער, רײזעבאַשרײ בונגען און אנדערע פּאָפּולער-געשריבענע װערק. איך האָב גע בלעטערט, געלײענט און געמאַכט נאָטיצען. איך האָב אױך דורכגעקוקט די לעצטע נומערען פֿון עטליכע זשורנאַלען.

גראָד דאַן איז אין אײנעם פֿון די גרױסע אַמעריקאַנער זשור נאַלען („סקריבנער'ס מעגעזין") געװען אָפּגעדרוקט אַ שילדערונג, װעלכע האָט זיך פּונקט געפּאַסט צו מײן צװעק. דער אַרטיקעל איז געװען פֿון דעם באַריהמטען רײזענדער און פֿאָרשער סטענלי, װעמען דער „ניו יאָרק העראַלד" האָט אַװעקגעשיקט אין די װילדע געגענדען פֿון אַפֿריקאַ, זוכען אַ פֿאַרלאָרענעם רײזענדער. דאָרטען איז געװען באַשריבען אַ בלוטיגער יום-טוב בײ אַ געװיסען װילדען שבט אין אַפֿריקאַ. די הױפּט-צערעמאָניע פֿון דעם יום-טוב באַ שטעהט אין דעם װאָס מען קױלעט אַ קנעכט.

דעם אונגליקליכען ציהט מען אױס אױף דער ערד אַ געבונ דענעם, און זײנע פֿיס בינדט מען צו צו אַ פֿלאָקען, װאָס איז אַרײנגעשלאָגען אין דער ערד. פֿון דער אנדערער זײט, אַ ביסעל װײטער פֿון זײן קאָפּ, שלאָגט מען אַרײן אַ צװײיג פֿון אַ בױם. דעם צװײיג בױגט מען צו צו דעם קנעכט'ס קאָפּ און מען בינדט זײנע האָר צו צום ברעג צװײיג. דער צװײיג ציהט די קאָפּ פֿון דעם קרבן און דורך דעם איז זײן האַלז אױסגעצױגען. דאַן פֿאַנגט זיך אָן די צערעמאָניע.

אַ שוחט, װעלכער טראָגט אױף זיך אַ קרױן פֿון פֿעדערין, האַלט אַ שװערען שאַרפֿען חלף אין האַנט. ער שפּרינגט און טאַנצט פֿאָכענדיג מיט'ן חלף איבער דעם נאַקעטען קרבן. ער איז געניט און פֿלינק אין זײן פֿאַך. ער װאָרט מיט אונגעדולד אױף דעם גרױסען מאָמענט. זײנע טענץ און זײן בלישטשענדער חלף װעקט אין דעם עולם אױף אַ בלוט-דורשטיגע באַגײסטערונג. ענדליך גיט דער שוחט אַ מאַך מיט דעם חלף איבער דעם אונגליקלי כען'ס האַלז און מיט אײן זעץ האַקט ער איהר איבער. דער צוגעבױ גענער צװײיג שפּרינגט אָפּ צוזאַמען מיט דער אָפּגעשניטענער קאָפּ. פֿון אימפּעט װערט די קאָפּ אַרױפֿגעשלײדערט אין דער לופֿטען און בלוט שפּריצט װי פֿון אַ פֿאָנטאַן. דער יום-טוב'דיגער עולם גיט זיך אַ װאָרף װי אַ מאַסע װאָהנזיניגע. עס װערט אַ געלאף און32אַ כאַפּעניש. מ'כאַפּט שטיקלעך פֿלײש, מ'לעקט די בלוט. דערנאָך פֿאַנגט זיך אָן די סעודה.

איך האָב געפֿיהלט, אַז דיזע געשיכטע װעט אונזערע לעזער שטאַרק פֿאַראינטערעסירען און אַז זי װעט זײן אַ גוטער אָנפֿאַנג זײ באַקאַנט צו מאַכען מיט דעם לעבען פֿון װילדע פֿעלקער.

איך האָב זיך גלײך גענומען די סצענע צו באַשרײבען. מײן כּלל איז אימער געװען, אַז װען מען שרײבט אידיש, דאַרף מען אױסמײדען אַלע יענע װערטער און אױסדרוקען, װעלכע גע בילדעטע מענשען געברױכען, אָבער װעלכע די געװעהנליכע אידי שע לעזער—די װאָס זײנען אין סקול ניט געגאַנגען—פֿאַרשטעהען ניט. מען דאַרף שרײבען אױף דעם אײנפֿאַכסטען אידיש, װי די מאַסע רעדט, — פֿלעג איך שטענדיג טענה'ן. און אױף דיזען אָרט האָב איך אױפֿגעשריבען דעם אַרטיקעל װעגען דעם בלוטיגען יום-טוב.

װען ער איז פֿאַרטיג געװאָרען, האָב איך איהם געװיזען די דרײ דערמאָנטע גענאָסען. מיללער און הילקאָװיץ האָבען גלײך אײנגעזעהען װי װיכטיג עס איז צו האָבען אַזא סאָרט לעזע-שטאָף. קראַנץ אָבער האָט קײן מײנונג ניט אױסגעדריקט און ער האָט מיר דעם אַרטיקעל אומגעקעהרט.

די געשיכטע האָט מיך זעהר געערגערט. איך האָב דאָס ניט אַרױסגעװיזען. בײ זיך אין האַרצען האָב איך אָבער באַשלאָסען קײן מיטאַרבייטער אין דער „אַרבייטער צייטונג" ניט צו זײן. עס איז מיר אונמעגליך געװען צו זאָגען באַשטימט פֿאַרװאָס קראַנץ נעהמט בײ מיר ניט דעם אַרטיקעל — צי װײל ער האַלט ניט פֿון איהם, צי װײל איהם געפֿעהלט ניט װאָס איך נעהם אַ צו טעטיגען אַנטײל אין דער צייטונג. אפֿשר צוליב בײדע אורזאַכען.

אין אײן זאַך בין איך געװען איבערצײגט: קראַנץ פֿאַרשטעהט ניט װאָס פֿאַר אַ באַדײטונג אַזאַ אַרטיקעל קען האָבען פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג". ער איז אבסאָלוט ניט קײן זשורנאַליסט און עס איז אַן עבירת מײן אַרבײט.

מיללער'ן און הילקאָװיץ'ן האָט פֿאַרדראָסען פֿאַרװאָס קראַנץ נעהמט בײ מיר ניט דעם אַרטיקעל, און זײ האָבען פֿאַרשטאַנען33װי איך פֿיהל װעגען רעם. זײ האָבען מיר געזוכט צו באַרוהיגען. קראַנץ, װידער, איז געבליבען העכסט פֿרײַנדליך און נאָהענט צו מיר, אַזױ װי צװישען אונז װאָלט גאָרניט פֿאָרגעקומען. און װען קראַנץ איז מיט אײנעם געװען אין אַזעלכע באַציהונגען, האָט ער אין זיך געהאַט אַ סך מאַגנעטיזם. אַלזאָ האָב איך מײנע געפֿיהלען און באַשלום פֿון זײ אַלעמען װײַטער פֿאַרבאָרגען און בין פֿאַרלױפֿיג אָנגעגאַנגען מיט די צוגרײַטונגען.

װאָס נעהנטער מיר זײַנען געקומען צו דער ערשײַנונג פֿון דעם ערשטען נומער, אַלץ מעהר האָט מיללער און הילקאָװיץ זיך איבערצײַגט, אַז מײנע מײנונגען זײַנען ריכטיגע, און זײ האָבען מיר אַלץ מעהר געשטיצט. אונזערע באַציהונגען זײַנען געװאָרען אַלץ ענגער, און טראָץ מײן איבערצײַגונג אַז קראַנץ װעט קײן מאָל ניט זײַן אײַנפֿאַרשטאַנען מיט מײַנע זשורנאַליסטישע אידעען, און טראָץ מײן פֿעסטען באַשלום ביסלעכװײַז פֿון דער אונטערנעהמונג זיך צו דערװײַטערען, בין איך אין איהר אַרײַנגעצױגען געװאָרען אַלץ מעהר און מעהר.

פֿאַר דער רעדאַקציע און דעם אָפֿיס האָבען מיר געדונגען צװײ צימערען, אין נומער 31 העני סטריט, אױפֿ'ן סטופֿ. די דרוקערײַ איז געװען צום-יאָרד-צו און די רעדאַקציע מיט דעם ביזנעס-אָפֿיס צו דער סטריט. דאָס זײַנען געװען צװײי גאַנץ געװעהנליכע װאױנונגס-צימערען. פֿון דעם קען מען זיך פֿאָרשטעלען װי גרױס עס איז געװען דער גאַנצער געשעפֿט. אין דער דרוקערײַ זײַנען געשטאַנען עטליכע קאַסטענס שריפֿט (פֿון קײן זעץ-מאַשינען האָט מען נאָך דאַן ניט געװאוסט) און אַ טיש מיט אַ גרױסען פֿלאַכען שטײן, אױף װעלכען דער פֿאַרמאַן (ראָזענסאָן האָט ער געהײסען) פֿלעגט צוזאַמענשטעלען די פֿײדזשעם.

אַלם ביזנעס-מענעדזשער איז עלעקטעד געװאָרען מאָריס הילקאָװיץ. װי ער דערצעהלט איצט אַלײן מיט אַ שמײכעל, איז זײַן גאַנצער „אָפֿים" געװען אין זײַן בוזים-קעשענע. װאָרים פֿאַר דער בוכהאַלטערײַ איז געװען גענוג אַ געװעהנליכער נאָטיץ-ביכעל. דער געהאַלט פֿון דעם רעדאַקטאָר איז געװען זיבען דאָלאַר34אַ װאָך און פֿון דעם מענעדזשער — פינף דאָלאַר. עס איז געװען אַ דריטער אָנגעשטעלטער, אַן „עקספּעדיטאָר", װעלכער האָט זיך באַשעפֿטיגט מיט פֿאַנאַנדערשיקען די צייטונגען אױף די סטענדם און צו דער פּאָסט. דיזען אַמט האָט פֿאַרנומען בערנאַרד װײַנשטיין (דער דאַמאָלסדיגער סעקרעטער פֿון די „פֿאַראײַניגטע אידישע געװערקשאַפֿטען"). דיזע דרײַ און דרײַ שריפֿטזעצער זײַנען געװען די אײַנציגנע באַצאָהלטע אַנגעשטעלטע. װײַטער האָט יעדער געטרײַט צו טאָן װאָס ער קען אָהן געצאָהלט.

װען מען האָט אָנגעהױבען צו זעצען די צייטונג, האָבען פֿילע פֿון אונזערע גענאָסען געשטאַפֿט געאַרבייט אין די שעפּער און גאַנצענע טעג זײַנען זײ געלעגען אין נומער 31 העני סטריט. זײ האָבען איבערגעטאַפֿט יעדען בלײַענעם בוכשטאַב און מיט פֿרומער נײַגעריגקײט געקוקט װי די זעצער, דער רעדאַקטאָר און מיר, זײַנע מיטהעלפֿער, אַרבייטען.

די קאָפֿ פֿון דער צייטונג — די װערטער „אַרבייטער צייטונג" — האָט פֿאַר אונז געמאַכט דער אױבען דערמאָנטער קריסטליכער גענאָסע, דער רוסישער רעװאָלוציאָנער, סטאַלעשניקאָװ. ער איז געװען אַ טאַלאַנטפֿולער צײַכנער. פֿריהער האָט ער געאַרבייט אַלם אַסיסטענט בײַ די אַרכיטעקטען, װעלכע האָבען געבױט קאַרנעגי האָל. און װען ער האָט געבראַכט די איבערשריפֿט „אַרבייטער צייטונג", האָבען אַלע געקװאָלען. אָבער ניט איך. לױט מײן געשמאַק, זײַנען די בוכשטאַבען געװען צו „דאַר". איך האָב גע'טענה'עט, אַז זײ האָבען ניט קײן אידישען כאַראַקטער. הילקאָװיץ האָט געלאַכט װאָס איך נעהם זיך דעם לעבען פֿון אַזאַ קלײניגקײט. איך האָב אָבער ניט געקענט רוהען. און איך האָב טאַקע אױסגעפֿיהרט; ניט גלײַך, נאָר מיט עטליכע װאָכען שפּעטער.

די צוגרײַטונגען זײַנען געמאַכט געװאָרען פֿאַר אַ צייטונג פֿון פֿיר פֿײדזשעם. װען קראַנץ האָט גענומען אױסרעכענען זײַן מאַטעריאַל, האָט ער זיך אַרומגעזעהן, אַז מען דאַרף נאָך האָבען אַ פֿאַר קאָלומם. דאַן האָט ער זיך דערמאָנט אָן מײַן אַרטיקעל װעגען די װילדע פֿון אַפֿריקאַ, און ער האָט בײַ מיר געבעטען דעם35מאַנוסקריפּט — ניט װײַל ער האָט פּלוצלינג געענדערט זײַן מײנונג װעגען איהם, נאָר אײנפֿאַך װײַל איהם האָט געפֿעהלט שטאָפֿ פֿאַר צװײי אָדער דרײַ קאָלומם.

איך האָב געענטפֿערט, אַז איך האָב איהם ניט בײַ זיך און אַז איך פֿױל זיך צו געהן אַהײם נאָך איהם. אָבער מיללער און הילקאָװיץ זײַנען צו מיר צוגעשטאַנען, און נאָך אײניגע מינוטען פֿון אַרגומענטירען, בין איך אַװעק און געבראַכט דעם מאַנוסקריפּט.

אין דעם אָװענד, װען מען האָט „געבראָכען" דעם זאַץ צום ערשטען נומער (דאָס הײסט, װען מען האָט צוזאַמענגעשטעלט די פֿײדזשעם), איז אין 31 העני סטריט געװען אַ יאַריד. די צװײי צימערען זײַנען געװען פֿול מיט גענאָסען װאָס זײַנען געקומען זעהן װי עם װערט געבאָרען די לאַנג-ערװאַרטעטע בײַבי. בײַ דעם גרױסען פֿלאַכען שטײן האָט געאַרבייט ראָזענסאָן דער פֿאַרמאַן, צװײי שריפֿטזעצער און קראַנץ. קראַנץ האָט אָנגעװיזען װאו צו שטעלען דעם אָדער יענעם אַרטיקעל, און ער האָט אַביסעל געהאָלפֿען בײַם פֿאַנאַנדערשטאַעלען דעם זאַץ. מיללער האָט אױך צוגעהאָלפֿען דערבײַ. בײַדע האָבען זײ אין יוראָפֿ אַביסעל געאַרבייט אין דרוקערײַען — קראַנץ אין פֿראַנקרײַך און מיללער אין דער שװײַיץ. זײ זײַנען אַלזאָ מיט דעם פֿאַך געװען מעהר אָדער װײניגער באַקאַנט (הײַנט װאָלט די שריפֿטזעצער יוניאָן קײן זײַטיגען מענשען צום שריפֿט ניט צוגעלאָזען; דאַן אָבער איז זי אַזױ שטרענג ניט געװען).

אַ חוץ די דערמאָנטע צװײי אַרטיקלען — „די סדרה" און דער אַרטיקעל װעגען די װילדע פֿון אַפֿריקאַ — האָב איך אױפֿגעשריבען אַ קורצען פֿעליעטאָן, הגם קײן אונטערשריפֿט האָב איך אױף איהם ניט געשטעלט. דער פֿעליעטאָן איז באַשטאַנען פֿון „פּאַראַלעלען"—קורצע קאַפּיטלעך װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרװײַז: סצענעם פֿון לוקסום בײַ די רײַכע און סצענעם פֿון פּראָצע און עלענד בײַ די אָרימע.

דאָס האָט קראַנץ גלײַך אָנגענומען בײַ מיר (הױפּטזעכליך צוליב דער זעלבער אורזאַכע: עס האָט איהם געפֿעהלט שטאָפֿ36אױסצופֿילען דעם נומער.) איך האָב דעם פֿעליעטאָנטשיק אַ נאָמען געגעבען: „צװײי װעלטען אױף אײן װעלט", און ער האָט די „קעפּעל" געענדערט אױף: „צװײי װעלטען אױף דער װעלט". איך האָב געגלױבט, אַז מײַן „קעפּעל" איז בעסער; כ'האָב אָבער ניט געמאַכט קײן שאלות. איך האָב ערװאַרט אַז דער פֿעליעטאָן װעט געשטעלט װערען אַלם פֿעליעטאָן, אָבער ער האָט איהם געשטעלט אַלם אַ שטיקעל נײַעם אױף דער ערשטער פֿײדזש. די „קעפּעל" האָט ער געהײסען מאַכען קלײן („פּײקע") און ער האָט דאָס אַװעקגעשטעלט אין מיטען פֿײדזש צװישען פֿאַרשידענע שטיקלעך נײַעם.

איך האָב געקװעטשט מיט די פּלייצעם. אָבער מיללער, װעלכער איז פֿאָלשטענדיג אײַנפֿאַרשטאַנען געװען מיט מיר, האָט צו מיר געגעבען אַ װאונק, אַז ער װעט אַלץ פֿיקסען. און ער האָט דאָס װירקליך „געפֿיקסט". אַזױ װי ער איז געשטאַנען בײַם שטײן און געהאָלפֿען צוזאַמענשטעלען די פֿײדזשעם, האָט ער זיך באַנוצט מיט אַ מינוט װען קראַנץ איז געװען פֿאַרנומען בײַ אַן אַנדער טייל פֿון דער צייטונג און האָט מײַן פֿעליעטאָן אַרױםגענומען פֿון מיטען פֿײדזש און איהם אַװעקגעשטעלט אױפֿ'ן זאַמע אױבען, אַלם דער אָנפֿאַנג פֿון אַ קאָלום. לאָזען אױפֿזעצען אַ גרעסערע קאָפֿ װאָלט שױן געװען צו פֿיל. מיר האָבען זיך געמוזט באַנוגענען מיט דער קלײנער „קעפּעל". און אַזױ איז דער אַרטיקעלע אָפּגעדרוקט אין דעם ערשטען נומער „אַרבייטער צייטונג".

קראַנץ האָט װעגען דעם קײן מאָל ניט דערמאָנט, ניט פֿאַר מיללער'ן, ניט פֿאַר מיר.

ענדליך האָט מען די פֿיר פֿײדזשעם אײַנגעשלאָסען און מען האָט זײ אַװעקגעפֿיהרט צום דרוקען. די פּרעם-מאַשינען האָבען געהערט צו דער דרוקערײַ פֿון אַן ענגלישער צייטונג.

דער נומער האָט זיך געדרוקט דאָנערשטאָג בײַ נאַכט, דעם 6טען מערץ, 1890. איך און אַ היבשע צאָהל אַנדערע גענאָסען האָבען זיך געפֿונען אין דער פּרעם-רום און עטליכע האָבען געװאַרט פֿון דרױסען, כאַטש עם האָט עם געשנייט. ענדליך האָבען מיר דערלעבט דעם לאַנג ערװאַרטעטען מאָמענט. דער רעש'דיגער קראַ37כענדער פּרעם-מאַשין האָט אַרױסגעװאָרפֿען אַ פֿיר פֿײדזשיגע בלאַט מיט דעם אױבערשריפֿט „אַרבייטער צייטונג", און גלײַך אַ צװײיטען, אַ דריטען, אַ פֿערטען. אונזערע הערצער האָבען געטאַנצט פֿון שמחה; עם איז געװאָרען אַ כאַפֿערײַ און אַ געלאַפֿ. מיר האָבען אַרױסגעטראָגען עטליכע קאָפּיעם פֿאַר די גענאָסען, װאָס האָבען געװאַרט פֿון דרױסען.

יענע נאַכט האָבען פֿילע פֿון אונז ניט געשלאָפֿען.

אין דער װאָך, װען דיזע שורות װערען געשריבען האָב איך פֿאַרבראַכט עטליכע אָװענטמען בלעטערענדיג און לעזענדיג די ערשטע דרײַ יאָהר-גאַנגען „אַרבייטער צייטונג".

װען איך האָב איבערגעקוקט די ערשטע עטליכע פֿיר-פֿײדזשיגע נומערען, האָבען זײ מיר עראַינערט אָן די געפֿיהלען פֿון אַן אימיגראַנט, װאָס באַזוכט זײַן געבורטם-שטעדטעל, נאָכדעם װי ער האָט איהר פֿילע יאָהרען ניט געזעהן. דאָס װאָס האָט איהם אין זײַנע קינדער יאָהרען אױסגעזעהן גרױם און מעכטיג, מאַכט איצט אױף איהם אַן אײַנדרוק פֿון קלײנקייט און אָרימקייט. אָבער די אָרימע, קלײנע אַלטע היים איז איהם טײַער, צוליב די עראַינערונגען, װעלכע זײ װעקען אין איהם אױפֿ.

דער ערשטער נומער האָט זיך אָנגעפֿאַנגען מיט אַן אַרטיקעל אונטער דעם נאָמען „אונזער פּראָגראַם". דאָס זײַנען געװען די פּרינציפּעןערקלעהרונגען פֿון דער צייטונג. אין אַן אָנגענעהמער װירדיגער שפּראַך זײַנען געװען אױסגעדריקט די גרונט-געדאַנקען פֿון סאָציאַליזם. דער אַרטיקעל האָט קײן אונטערשריפֿט ניט, װאָרים ער רעדט אין דעם נאָמען פֿון דער גאַנצער „אַרבייטער צייטונג פּאַבלישינג אַסאָסיאיישאָן". איך געדענק אָבער, אַז איהם האָט געשריבען דער רעדאַקטאָר, פֿיליפ קראַנץ. װײַטער איז אױף דער ערשטער פֿײדזש פֿאַראַן אַ ביסעל נײַעם, געשריבען פֿון אַ סאָציאַליסטישען שטאַנדפּונקט. אײן קאָלום הױבט זיך אָן מיט דעם אױבען דערמאָנטען פֿעליעטאָן „צװײי װעלטען אױף דער װעלט". אױף דער צװײיטער פֿײדזש געפֿינט זיך אַ לײַט-אַרטיקעל, אונטערגעשריבען פֿון פֿיליפ קראַנץ, און מײן סדרה „כי תשא", אונטערגעשריבען „דער פּראָלעטאַרישקער מגיד". דער38שפּאַם פֿון דעם דאַזיגען פֿעליעטאָן איז געװען פֿאַרבונדען מיט דעם „מחצית השקל", מיט דעם װאָס די תּורה הײסט געבען האַלבע דאָלאַרם. דאָס װערט אױסגעטײַטשט אױף דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. פֿון יעדען דאָלאַר װאָס דער אַרבייטער פֿאַרדינט באַקומט ער נאָר פֿופֿציג סענט, און װען ער קומט אַהיים, רײַסט דער לענדלאָרד אַראָפֿ מחצית השקל. די קאַפּיטאַליסטישע אָרדנונג רוף איך אָן „מחצית השקל סיסטעם".

דאַן װערט דערמאָנט דער גרױסער װאָט און װאָס די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿון דייטשלאַנד האָט מיט אַ קורצער צײַט צוריק באַקומען בײַ די װאַהלען. דאָס איז געװען אַ גרױסער זיג געגען ביסמאַרק'ן, װעלכער האָט אײַנגעפֿיהרט דעם געזעץ צו אונטערדריקען די סאָציאַליסטישע באַװעגונג. דער דאַזיגער זיג װערט אַרױסגעבראַכט אַלם באַװײַז, אַז די אַרבייטער הױבען אָן זיך צו פֿאַראייניגען געגען דער „מחצית השקל סיסטעם".

אַזױ װי די צייטונג איז אַרױם אין דער װאָך פֿון פּורים רעדט איך אױך װעגען „המן-טאַשען".

צום שלום. געהט די „דרשה" איבער צו דעם דאַמאָלסדיגען קיסר אַלעקסאַנדער דעם דריטען און די רוסישע רעװאָלוציאָנערען. עם װערט אױסגעדריקט די האָפֿנונג, אַז די פֿרײַהײַטם-קעמפּער װעלען איהם מכבד זײַן מיט אַ „המן טאַש" לכבוד פּורים, פּונקט װי זײ האָבען מכבד געװען זײַן פֿאַטער, װעלכער איז גראַד געטױיט געװאָרען אין דעם טאָג פֿון דעם אידישען פּורים, אין 1881. דער פֿעליעטאָן װערט געשלאָסען מיט די װערטער: „ובא לרוסלאַנד גואל". דאַן קומט דער אונטערשריפֿט „דער פּראָלעטאַרישקער מגיד" (אין די װײַטערדיגע סדרות פֿלעג איך ענדיגען: „ובא לפּראָלעטאַרישקע גואל").

אױף דער דריטער פֿײדזש איז געדרוקט דער אױבען דערמאָנטער אַרטיקעל װעגען דעם בלוטיגען יום טוב בײַ דעם װילדען שבט פֿון אַפֿריקאַ. אונטער דיזען אַרטיקעל האָב איך זיך אונטערגעשריבען „דוד בערנשטיין".

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 10] אין יענע יאָהרען האָבען די אידישע סאָציאַליסטען פֿון אַמעריקא זיך מייסטענס גערופֿען „ס אָ צ י אַ ל - ד ע מ אָ ק ר אַ ט ע ן" — דער נאָמען פֿון זייערע גענאָסען אין דייטשלאַנד און אין אײניגע אַנדערע לענדער. דער װאָרט „סאָציאַליסט" האָט דאַן געהאַט אַן אַלגעמיינעם קלאַנג. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָבען דאָס רוב אַנאַרכיסטען זיך אױך גערופֿען „סאָציאַל-דעמאָקראַטען". אָבער נאַכהער האָבען זיי אַנשטאַט דעם װאָרט „דעמאָקראַטען" גענומען ברױכען דעם װאָרט „רעװאָלוציאָנערען". זיי האָבען זיך, אַלזאָ, גערופֿען „סאָציאַל-רעװאָלוציאָנערען", אום זיך אָפֿצוטיילען פֿון די „סאָציאַל-דעמאָקראַטען" (זעה 2טען באַנד, פֿיידזש 141). מען דאַרף געדענקען, אַז אידישע סאָציאַליסטען האָבען זיך דאַן געפֿונען אונטער דעם אײנפֿלוס פֿון זייערע דייטשע גענאָסען, און אין דייטשלאַנד װערט דער װאָרט „סאָציאַל-דעמאָקראַט" געברױכט אַ סך מעהר װי דער װאָרט „סאָציאַליסט". דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿאַרטיי איז „סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פֿאַרטיי".

[ז׳ 16] שפּעטער האָט ער דעם נאָמען הילקאָװיץ געענדערט אױף הילקװיט.

[ז׳ 27] זײן אידישער נאָמען איז געװען יעקב. זײן מוטער'ס נאָמען איז געװען בײלע רײזע, און אין אַ שפּאַסיגען טאָן פֿלעגט ער אױך ליב האָבען זיך צו רופֿען „יאַנקעל בײלע רײזעס", װי מען פֿלעגט איהם רופֿען אין זײנע חדר-יאָהרען.