בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

צװײטער קאַפּיטל

די „אַרבייטער צייטונג"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 39–83, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 39 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1

39[טאָפּיק] דער ערפֿאָלג פֿון דעם ערשטען נומער. — די ווירקונג וואָס דאָס האָט געהאָט אױף מײן לעבען.

דער נומער האָט געהאַט אַ פֿיל גרעסערען ערפֿאָלג ווי מיר האָבען ערוואַרט, און מײן סדרה האָט געמאַכט אַ „היט". פֿון אַלע זײַטען זײַנען געקומען די פֿרעהליכסטע באַריכטען וועגען דער אױפֿנאַהמע, וואָס זי האָט באַקומען. דער אונטערשריפֿט „פֿראָלעטאַרישקער מגיד" איז אױפֿ'ן שטעל פּאָפּולער געוואָרען.

אױך דער אַרטיקעל וועגען אַפֿריקא און דער קלײנער פֿעליעטאָן „צווײ וועלטען אױף דער וועלט" האָבען געהאַט אַ גרױסען סוקסעס. דער גאַנצער נומער איז אױפֿגענומען געוואָרען מיט ליבע און מיט פֿרײד. אָבער דיזע דרײַ אַרטיקלען האָבען באַזונדערס אַפּעלירט צום ברײַטען עולם. זײ האָבען אין דער צייטונג אַרײַנגעגעבען די עלעקטריצירטעט פֿון אינטערעס. די געשיכטע מיט דעם בלוטיגען יום טוב בײַ די ווילדע אין אַפֿריקא האָט געמאַכט אַ סענסאַציע. מען האָט דאָס איבערדערצעהלט אײנער דעם אַנדערען, און דאָס איז געווען אַן אונגעהײַערער אַדווערטײזמענט פֿאַר אונזער צייטונג. אױך איז די „סדרה" געווען אַ גוטער אַדווערטײזמענט. דער אײַנפֿאַל, דער עכט-אידישער טאָן און הומאָר, וועלכע האָבען איהם דורכגעדרונגען — דאָס אַלץ איז אױפֿגעכאַפֿט געוואָרען מיט באַגײַסטערונג.

דער ערשטער נומער פֿון דער צייטונג האָט אױפֿ'ן שטעל40געמאַכט אַ גרױסע ענדערונג אין מײן לאַגע אין באַצוג צו דער רעדאַקציע.

פֿון אַלע זײַטען האָט מען געהערט די מײנונג, אַז דער סוקסעס פֿון דער „סדרה" און פֿון דעם אַרטיקעל וועגען אַפֿריקא זײַנען די הױפּט אורזאַכען פֿון דעם ערפֿאָלג, וואָס דער נומער האָט געהאַט. מײַנע באַגריפֿען וועגען דעם ווי מען דאַרף די צייטונג פֿיהרען זײַנען פֿאָלשטענדיג באַשטעטיגט געוואָרען, און איך האָב גלײַך באַקומען אַ פֿרײַע האַנט צו שרײַבען פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" וואָס איך וויל און ווי איך וויל. מען האָט וועגען דעם גאָרניט בעדאַרפֿט רײדען; עס איז געקומען פֿון זיך אַלײן, אַלס רעזולטאַט פֿון מײן ערפֿאָלג. מען וואָלט אפֿשר געקענט ערוואַרטען, אַז דאָס וועט זײַן אַ שטערונג אין די באַציהונגען צווישען קראָנצ'ן און מיר. אין אמת'ען אָבער האָט דאָס געהאַט אַ פֿאַרקערטע ווירקונג. אונזערע באַציהונגען זײַנען געוואָרען נאָך בעסער ווי פֿריהער, און קראָנץ פֿלעגט זיך פֿרעהען ווען איך פֿלעג נאָר עפּעס אױפֿשרײַבען.

איך האָב זיך אַרײַנגעוואָרפֿען אין דער „אַרבייטער צייטונג" מיט אַלע מײַנע קרעפֿטען. בײַ מײן פֿריוואָט באַשעפֿטיגונג האָב איך נאָר געאַרבייט קױם אַ לעבען צו מאַכען. די איבעריגע צייט האָב איך אין גאַנצען אַוועקגעגעבען דער צייטונג און די מיטינגען, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרבונדען מיט איהר. איך האָב אַ סך געשריבען און האָב געהאַלטען לעקטשורס און רעדעס כּמעט יעדען אָווענד אין וואָך, און ניט זעלטען צוויי אין אײן אָווענד.

אױב איך האָב פֿריהער געהאַט אין זיגען אַז מײן אַנטייל אין דער „אַרבייטער צייטונג" איז נאָר אַ צייטווײַליגער, איז מיט'ן ערשטען נומער דיזער געדאַנק פֿאַרניכטעם געוואָרען. דער ערשטער נומער „אַרבייטער צייטונג" האָט געהאַט אַ דירעקטע ווירקונג אױף מײן לעבען אין די נעקסטע עטליכע יאָהר; און איצט, מיט עטליכע און דרײַסיג יאָהר שפּעטער, קען איך זאָגען אַז דאָס האָט באַשטימט דעם גאַנג פֿון מײן גאַנצען ווײַטערדיגען לעבען.

דער ערפֿאָלג פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" איז געווען אַזױ41גרױס, אַז מיר האָבען גלײַך דערפֿיהלט אַ מעגליכקייט אַרױסצוגעבען אַכט פֿיידזשעס אָנשטאָט פֿיר. און דאָס איז געטאָן געוואָרען פֿון דעם 6טען נומער אָן.

די „סדרה" האָב איך געשריבען יעדע וואָך. דאָס איז אָבער ניט געווען אַלץ וואָס איך האָב יעדע וואָך געגעבען דער „אַרבייטער צייטונג". נאָר וועגען דעם — ווײַטער.

איך האָב ניט אױפֿגעהערט צו קלערען וועגען אַ נײַער „קאָפּ" פֿאַר דער צייטונג. איך בין אַוועק צו אַ סופֿר און באַשטעלט בײַ איהם אַן אַנדער אױפֿשריפֿט „אַרבייטער צייטונג". זײַנע בוכשטאַבען זײַנען מיר אָבער אױך ניט געפֿעלען געוואָרען. זײ זײַנען געווען צו סופֿר'דיג, און איך האָב ניט אַנדערש געוואָלט האָבען דעם שעהנעם קײלעכדיגען „ווילנער שריפֿט". ענדליך האָב איך געפֿונען אײנעם, וואָס האָט מיר געמאַכט פּונקט אַזעלכע בוכשטאַבען; און דאָס איז געווען ניט קײן אַנדערער ווי דער אױבען דערמאָנטער שטרוהל, אײנער פֿון די צוויי אַנאַרכיסטען, וואָס זײַנען געקומען צו אונז אַלס אַ „קאָמיטע פֿון פֿאָלק". ער איז געווען אַ ליטאָגראַף און אַ גוטער צייכנער פֿון בוכשטאַבען. ער האָט מיר אױפֿגעשריבען „אַרבייטער צייטונג" פּונקט נאָך מײן געשמאַק נאָך. איך האָב געבראַכט זײן צייכנונג, און מײַנע חברים פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" האָבען צוגעגעבען, אַז זי איז שעהנער ווי די פֿריהערדיגע. אַזױ זײַנען די בוכשטאַבען פֿאַרבליבען (עטליכע יאָהר שפּעטער, ווען עס איז געגרינדעט געוואָרען דער „פֿאָרווערטס", האָט דער זעלבער שטרוהל פֿאַר אונז געמאַכט די גרױסע בוכשטאַבען „פֿאָרווערטס", וועלכע ווערען נאָך געברױכט עד היום).

מיר האָבען ערוואַרט אַ סירקוליישאָן פֿון אונגעפֿעהר דרײַ טױזענט, און מיר האָבען אין אַ פֿאָר וואָכען זיך אַרױפֿגעאַרבייט אױף זעקס אָדער זיבען טױזענד. דאָס איז דאַן געווען באַטראַכט פֿאַר אַן אונגעהײַערען ערפֿאָלג. מיר זײַנען אַלע געווען באַרױשט פֿון אונזער סוקסעס און אונזער באַגײַסטערונג איז געוואַקסען און געוואַקסען. די מאַסען האָבען די „אַרבייטער צייטונג" גלײַך צוגעטוליעט צו זײַערע הערצער. יעדער נומער פֿלעגט אין די אידישע קוואָרטאַלען ערוואַרטעט ווערען מיט אונגעדולד.

קײן זאַך בינדט ניט אַ מענשען אַזױ צו צו אַן אונטערנעהמונג42ווי דער ערפֿאָלג וואָס דאָס ער האָט אין איהר; און קײן זאַך בינדט ניט מענשען צוזאַמען אַזױ ענג ווי אַ געמײנשאַפֿטליכער ערפֿאָלג. אַלזאָ, זײַנען מיר אַלע — קראָנץ, מיללער, הילקאָוויץ און איך — געוואָרען באַהעפֿט מיט די פֿעדים פֿון פֿרײַנדשאַפֿט.

מיר פֿיר און אַ פֿאָר אַנדערע נאָהענטע גענאָסען פֿלעגען כּמעט אימער זײן צוזאַמען. צו דיזען ענגען קרײזשאָק אונזערען האָט געהערט דער קריסט סטאָלעשניקאָוו, הגם אידיש האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען קײן וואָרט און די „אַרבייטער צייטונג" איז פֿאַר איהם געווען אַזױ פֿרעמד ווי כינעזיש. אַזױ ווי ער איז געווען אַן אינטערעסאַנטער מענש, און זײן אָנוועזענהייט האָט אונזערע צוזאַמענקונפֿטען צוגעגעבען קאָלאָריר, וועל איך פֿרופֿען די לעזער באַקאַנט מאַכען מיט איהם.

ער איז געווען פֿון אַ פֿריצישער פֿאַמיליע און זייער מאַיאָנטיק (סטאָלעשניקי האָט דער פּלאַץ געהייסען) האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון פּעטערסבורג. ער האָט שטודירט אין אוניווערסיטעט, און צוליב זײן באַטייליגונג אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזען רוסלאַנד.

אַ דינער, אַ בלאָנדער, מיט אַ קײלעכדיגער באָרד, האָט ער געהאַט אַן עכט-רוסישען פּנים מיט אַן עכט-רוסישען כאַראַקטער, מיט אַן עכט-רוסישער גוטהערציגקייט. ער איז דאָס רוב געווען לוסטיג, און זײן לוסטיגקייט איז געווען אַן עכט-רוסישע.

ער האָט געהאַט פֿעהיגקייט צום צייכענען און ער האָט ליב געהאַט צו דעקלאַמירען פּאָעזיע. אַזױ ווי די נאַטור האָט איהם באַזאָרגט מיט אַ גלענצענדען זכרון, האָט ער געקענט אױף אױסווענ-יג אָהן אַ צאָהל געדיכטען. אױף אונזערע קאָנצערטען און „ווע-טשערינקעס" האָט זײן נאָמען זיך אימער געפֿונען אױף דער פּראָגראַם.

כ'האָב שױן דערצעהלט, אַז ער האָט געאַרבייט אַלס צייכנער בײַ אַן אַרכיטעקט. פֿאַר יענע צייטען און לױט אונזערע דאַמאָלסדיגע באַגריפֿען, האָט ער באַקומען אַ גרױסען געהאַלט. אַ היבשע טייל דערפֿון פֿלעגט ער גלײַך צובאָרגען. ער פֿלעגט פֿרעגען צי דאַרף אימיצער געלט און איהם אָנבאָטען אַ הלואה. ער האָט איבערהױפֿט ניט געקענט אײנהאַלטען אַ גראָשען.43שבת נאָכמיטאָג, ווען ער פֿלעגט קומען מיט זײַנע שכירות, פֿלעגט ער אײַנקױפֿען אַ סטאַק פֿון פֿלעשלעך ביער. אַז ניט, וואָלט ער שױן דינסטאָג אָדער מיטוואָך ניט געהאַט מיט וואָס צו קױפֿען, און אָהן ביער איז איהם שווערער געווען אױסצוקומען ווי אָהן ברױט.

אַמאָל פֿלעגט ער שבת בייטאָג אױך נעמען עטליכע זילבערנע דאָלאַרס (דאַן זײַנען זײ געווען אַ גאַנץ געוועהנליכע מטבע) און זײ אַרונטערקײקלען אונטער'ן בעט און אונטער דער סאָפֿאַ . מיטוואָך אָדער דאָנערשטאָג, ווען ער האָט שױן ניט געהאַט קײן סענט, פֿלעגט ער אַרומקריכען אונטער'ן בעט און אונטער דער סאָפֿאַ און אױפֿזוכען דעם אוצר.

2

[טאָפּיק] אַרטיקלען פֿון קראָנצ'ן, מיללער'ן, הילקאָוויצ'ן און מיר אין דער „אַרבייטער צייטונג". — די קונסט פֿון פּאָפּולאַריזירען.

די לײט-אַרטיקלען זײַנען געשריבען געוואָרען מײַסטענס פֿון קראָנצ'ן, אָבער זעהר אָפֿט פֿון מיללער'ן, הילקאָוויצ'ן אָדער מיר. אַ חוץ דעם, האָט קראָנץ איבערזעצט אַ ראָמאַן פֿון פֿראַנצױזישען, אַ מעלאָדראַמאַטישע געהיימניס-מעשה פֿון די צייטען פֿון דער פֿראַנצױזישער רעוואָלוציע. דערנאָך האָט ער איבערזעצט אַ דעטעקטיוו-ראָמאַן פֿון דעם באַריהמטען שרײַבער גאַבאָריאָ.

פֿאַר בעסערע ליטעראַטור האָבען מיר צוערשט קײן פּלאַץ ניט אָפֿגעגעבען. די ערשטע ליטעראַרישע זאַך פֿון דיזען סאָרט איז ערשינען ערשט שפּעטער, אין דעם נומער 31 (אָקטאָבער דעם דריטען). דאָס איז געווען סיענקעוויטש'עס אַן ערצעהלונג „זאָ כלעבאָם" (אַן ערצעהלונג וועגען פּױלישע פּױערים, וואָס פֿאָהרען קײן אַמעריקא זוכען ברױט), וועלכע איך האָב איבערזעצט אונטער דעם נאָמען „פֿאַרוואָגעלט און פֿאַרלאָרען".

קראָנץ האָט אױך געדרוקט אַ קורצע געשיכטע פֿון דער פֿראַנצױזישער רעוואָלוציע. הילקאָוויץ—אַ סעריע פֿון „געשיכטליכע בילדער". אױך האָט הילקאָוויץ פֿון צייט צו צייט געשריבען44איבער פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע פֿראַגען. אָפֿט האָט אַזעלכע אַרטיקלען געשריבען מיללער.

קראָנץ האָט כּמעט אין יעדען נומער געהאַט אַן אַרטיקעל (דעם לײט-אַרטיקעל אָדער עפּעס אַן אַנדער זאַך), אַ חוץ דעם ראָמאַן, וואָס ער האָט איבערזעצט. מיללער און הילקאָוויץ האָבען אױך געהאַט אָפֿטע אַרטיקלען (אַ חוץ דעם, האָט מיללער אַ געוויסע צייט געשריבען די נײַעס, און ווי בײַ אונז איז דאַן געווען דער שטייגער, האָט ער כּמעט יעדע שטיקעל נײַעס דורכגעוועבט מיט סאָציאַליסטישע באַמערקונגען).

מיר פֿיר — קראָנץ, מיללער, הילקאָוויץ און איך — האָבען אָנגעפֿילט די צייטונג.

אַזױ ווי דאָ ווערט גענעבען מײן פֿערזענליכע געשיכטע, וועל איך זיך ספּעציעל אָפֿשטעלען אױף דעם חלק וואָס איך פֿלעג אַרײַנטראָגען אין דער „אַרבייטער צייטונג".

מײן פֿעדער איז געווען די טעטיגסטע. זעלטען ווען עס איז ערשינען אַ נומער, וואָס האָט ניט געהאַט ווייניגסטענס דרײַ אַרטיקלען פֿון מיר. אָפֿט פֿלעגט אַ נומער ענטהאַלטען פֿיר, און אַמאָל זאָגאַר פֿינף. איך פֿלעג זיך אונטערשרײַבען מיט פֿאַרשידענע נעמען. אַ חוץ מײן אײגענעם נאָמען, פֿלעג איך געברױכען די פּען-נעמען: „דוד בערנשטיין" (גלאַט אַ נאָמען וועלכער איז מיר אײַנגעפֿאַלען אין קאָפּ), „סאָציוס" און „דער פּראָלעטאַריש-קער מגיד". אונטער אײניגע אַרטיקלען האָב איך זיך גאָרניט אונטערגעשריבען.

צום בײַשפּיל: אין דעם 18טען נומער פֿון דעם ערשטען אָהרגאַנג (דעם 4טען דזשולײַ), געפֿינען זיך די פֿאָלגענדע אַרטיק-לען מײַנע.

1) דער לעבען פֿון גרינעוויצקי, דער רעוואָלוציאָנער פֿון וועמעס בּאָמבע עס איז געפֿאַלען אַלעקסאַנדער דער צווייטער (אונטערגעשריבען „דוד בערנשטיין").

2) „די סדרה", אַ דרשה וועגען 4טען דזשולײַ (אונטער-געשריבען „דער פּראָלעטאַרישקער מגיד").453) מאָנקיס — ווי אַזױ זײי לעבען (אונטערגעשריבען „אַב. קאַהאַן").

4) פֿון וואַנען שטאַמט קאַפּיטאַל? — אַ פּאָפּולאַריזירטער אַרטיקעל נאָך קאַרל מאַרקס (אונטערגעשריבען „אַב. קאַהאַן").

5) אַ סצענע פֿון וויקטאָר הוגאָ, איבערזעצט פֿון מיר אױף אײנפֿאַכע אידיש (אונטער דער איבערזעצונג איז קײן נאָמען ניטאָ).

כּמעט אין יעדען נומער, מיט ווייניג אױסנאַהמען, געפֿינט זיך מײַנער אַן אַרטיקעל, אין וועלכען איך פּאָפּולאַריזיר דעם סאָציאַליזם. אין אַ לאַנגער סעריע לײכטע אַרטיקלען האָב איך זיך געסטאַרעט איבערצוגעבען די מאַרקסיסטישע געדאַנקען — די אָפּשטאַמונג פֿון קאַפּיטאַל, די ענטוויקלונג פֿון קאַפּיטאַל, די מעהר-ווערט טעאָריע, דער קלאַססען-קאַמף און אַזױ ווייטער און ווייטער. אין אײן נומער, צום בײַשפּיל, ערקלער איך דעם עיקר פֿון אַלץ וואָס קאַרל מאַרקס האָט אױפֿגעטאָן אַלס טעאָרע-טיקער. איך ווייז אָן אױף דעם אונטערשיד צווישען דעם סאָציאַ-ליזם, וואָס איז געווען פֿריהער און ווי ער האָט איהם אַוועקגע-שטעלט אױף אַ וויסענשאַפֿטליכען פֿונדאַמענט. אין אַרטיקעל מײַנער, וועלכער טראָגט דעם איבערשריפֿט „צי קען דער סאָציאַ-ליזם מקוים ווערען?" ענטהאַלט אין אַ זעהר פּאָפּולערער פֿאָרמע מאַרקס'עס און ענגעלס'עס אַרגומענטען, אַז דער אונטערגאַנג פֿון דעם קאַפּיטאַליזם איז אונפֿאַרמיידליך.

צו דער זעלבער צייט האָב איך געשריבען אַ מאַסע אַרטיקלען וועגען דעם לעבען פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער, אָדער אַרטיקלען איבער נאַטור וויסענשאַפֿט. אין אַלע דיזע אַרטיקלען מערקט זיך אַ באַשטימטע סיסטעם, אַ קלאָרהערער פּלאָן: געבען טשיקאַווע זאַכען, וואָס זאָלען פֿאַר אונזערע מאַסען מאַסען זײן אינטערעסאַנט צום לעזען און וואָס די טעמע גופֿא זאָל צוציהען דעם לעזער. צום בײַשפּיל: אַן אַרטיקעל וועגען מוראַשקעס, וועלכער ווייזט אַז זײי האָבען סאָלדאַטען, בױען פֿעסטונגען און פֿיהרען מלחמות צווישען זיך און אַז זײי האָבען שקלאַפֿען; אָדער אַן אַרטיקעל וועגען די ווילדסטע מענשען אין אַפֿריקא; אָדער וועגען די קלענסטע מענ-שען, שוואַרצע קאַרליקעס אין אַפֿריקא; וועגען פֿייער-שפּייענדע46בערג, וועגען קראָקאָדילען, אָדער וועגען די קלײנע באשעפּענישען, וואָס שפּינען זײד.

אַ סעריע אַרטיקלען האָב איך אױך געגעבען אונטער דעם נאָמען „ווער האָט גע'הרג'עט אַלעקסאַנדער דעם צווײטען?" די געשיכטע איז שױן דאַן אַלט געווען נײַן יאָהר. איך האָב אָבער געפֿיהלט, אַז אונזערע מאַסען זײַנען מיט איהר ווײניג באקאַנט.

אַלע האָבען געוואוסט, אַז רעוואָלוציאָנערען האָבען גע'הרג'עט אַלעקסאַנדער דעם צווײטען, אָבער ווי אַזױ דאָס איז פֿאָרגעקומען, די געהײמניסען פֿון דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט דאָס דורכגעפֿיהרט — וועגען דעם האָט דער עולם ניט געהאַט קײן קלאָהרען באגריף. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז די אײנצעלהײטען פֿון דיזער געשיכטע וועלען אַלעמען פֿאַראינטערעסירען ווי אַ שפּאַנענדער ראָמאַן, און צו דער זעלבער צײַט איז דאָס אַ היסטאָרישע פֿאַסירונג, מיט וועלכער דער עולם איז אַלגעמײן באקאַנט, און וועלכע איז איהם צוליב דעם גופֿא אינטערעסאַנט. פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון אונזער פּראָפּאַגאַנדאַ, ווידער, איז אַזאַ טעמאַ וויכטיג אַלם אַ טײל פֿון דער געשיכטע פֿון פֿרײַהײטס-קאַמף.

איך האָב זיך ניט גענאַרט. ווען דיזע סעריע האָט זיך געדרוקט, האָט מען זיך קױם דערוואָרט פֿון אײן נומער אױפֿ'ן צווײטען.

נאָכדעם האָב איך געגעבען אַן אַרטיקעל וועגען אַ ניהיליסט, וועמען מען האָט פֿאַרשיקט אין סיביר — ווי אַזױ ער איז פֿון דאָרטען אנטלאָפֿען. דיזע געשיכטע האָט זיך אױך געלעזען ווי אַ ראָמאַן און האָט אױך געהאַט אַ גרױסען ערפֿאָלג.

אָפֿט פֿלעג איך שרײַבען אַגיטאַציאָנס-אַרטיקלען. דיזע אַרטיקלען זײַנען דאָס רוב געווען אין אַ געהױבענעם טאָן, אָבער אַלץ אין אײנפֿאַכע אידיש, אָהן „הױכע" ווערטער. אונטער אזעלכע אַרטיקלען אָדער פֿעליעטאָנען פֿלעג איך זיך אונטערשרײַבען „סאָציוס".

די „סדרות" זײַנען געווען וועגען טאָגעס-פֿראַגען, וועלכע איך פֿלעג צו-פּשט'לען צו דער סדרה פֿון דער וואָך.

אין נומער 24, צום בײַשפּיל, געפֿינט זיך אַ סדרה, וואו דער הױפּט ענין איז דער ערשטער פֿאַרברעכער, און וועלכען מען האָט אין47אַמעריקאַ געטױט אױף דעם עלעקטריק טשער (קעמלער איז געווען זײַן נאָמען).

איך בין געווען פֿאַרטיפֿט אין דער קונסט פֿון פּאָפּולאַריזירען, אױב מען מעג דאָס אזױ אָנרופֿען. ווי אזױ שרײַבט מען וועגען וויסענשאַפֿטליכע זאַכען אױף אזא שטײגער, אַז דער אײנפֿאַכסטער אידישער אַרבייטער זאָל דאָס קענען לײכט פֿאַרשטעהן, און אַז דאָס לעזען זאָל פֿאַר איהם ניט זײַן קײן אַרבײַט, נאָר אַ פֿאַרגעניגען ווען ער רוהט פֿון דער אַרבײַט? די דאָזיגע פֿראַגע האָב איך געהאַלטען פֿאַר אײנע פֿון די וויכטיגסטע, וואָרים דער דײַטשער, ענגלישער אָדער אַמעריקאַנער שרײַבער האָט פֿאַר זיך אַ מאַסע, וואָס איז געגאַנגען אין סקול, וואָהרענד אונזער אימיגראַנטען-מאַסע איז אין קײן סקול ניט געגאַנגען. זײ האָבען ניט קײן באגריף וועגען די געוועהנליכע זאַכען, וואָס מען לערענט מיט קינדער אין אַמעריקאַ, דײַטשלאַנד אָדער ענגלאַנד. דער אידישע אַרבייטער איז געגאַנגען אין חדר, אָבער קײן באגריף וועגען געאָגראַפֿיע אָדער היסטאָריע, צום בײַשפּיל, האָט ער דאָרטען ניט באקומען.

פּאָפּולאַריזירען איז אַ פֿיל שווערערע אױפֿגאַבע ווי פֿילע מײנען. דער שרײַבער אָדער לעהרער מוז האָבען אײנבילדונגסקראַפֿט זיך פֿאָרצושטעלען ווי אזױ עס אַרבײַט דער מוח בײַ זײַן לעזער אָדער צוהערער. ער דאַרף וויסען וואָס יענער פֿאַרשטעהט ניט און וואָס ער פֿאַרשטעהט יאָ. פֿריהער פֿון אַלץ איז נױטיג אַז אַלץ זאָל איבערגעגעבען ווערען מיט אזעלכע ווערטער און אױסדרוקען, וועלכע דער לעזער קען לײכט באגרײַפֿען. אָבער דאָס איז נאָך ווײניג. מען מוז אױך געפֿינען ספּעציעלע מיטלען ווי אזױ דעם ענין איבערצוגעבען פֿאַר אַ לעזער, וועמענס מוח עס איז ניט צוגעגרײט דערצו. אָפֿט מוז מען דערצו האָבען אַ ספּעציעלען אײנפֿאַל. מען דאַרף צוקלעהרען עפּעס אַ פּלאַן ווי אזױ צוצוקומען צום לעזער'ס מוח. אונגעהײַער וויכטיג איז דערבײַ אַ משל. אַ מעשה'לע מאַכט אָפֿט קלאָר און לײכט דעם שווערסטען ענין. דורך אַ געראָטענעם משל זעהט דער לעזער אַ שכל ווי פֿאַר די אױגען.

אָט אין דעם בין איך געווען פֿאַראינטערעסירט. עס איז פֿאַר48מיר געווען אַ ליבע אַרבײַט אין דעם העכסטען זין פֿון דעם אױסדרוק.

אונזער אױפֿגאַבע איז געווען צו ערקלעהרען פֿאַר דעם עולם די גרונט-פּרינציפּען פֿון קאַרל מאַרקס'עם לעהרע. קאַרל מאַרקס'עם ווערק זײַנען געשריבען טיף-שכל'דיג און אָפֿט איז דאָס אזױ „שווער", אַז ניט יעדער וואָס האָט גענענדיגט אוניווערסיטעם אַפֿילו קען דאָס פֿאַרשטעהן. זאָגאַר אױבערפֿלעכליך איבערצוגעבען די הױפּט געדאַנקען פֿון קאַרל מאַרקס'ן פֿאַר די מאַסען, איז אױך אַן אונגעהײַערע אונטערנעהמונג. אָט פֿאַר דיזען „דזשאַב" האָב איך זיך גענומען. מיט משלים און מיט פֿאַרשידענע אַנדערע מיטלען האָב איך ערקלעהרט אַלע וויכטיגע פּונקטען פֿון דער מאַרקסיסטישער טעאָריע. דיזע אַרטיקלען מײַנע זײַנען געגאַנגען פֿון וואָך צו וואָך. אָבער דאָס איז געווען נאָר אַ טײל פֿון מײַן רעגעלמעסיגער אַרבײַט פֿאַר דער צייטונג.

ווען איך לעז איצט מײַנע פֿאַרשידענע סאָרטען אַרטיקלען אין דער „אַרבייטער צייטונג", בין איך ווײַט ניט אימער צופֿרידען מיט זײַ. אָבער פֿילעם מאַכט אױף מיר אַן אנגענעהמען אײַנדרוק. נאָר וועגען דעם — אין אַ ווײַטערען קאַפּיטעל.

3
די „אַרבייטער צייטונג" און די אַרבייטער באוועגונג. — די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטײ.

די „אַרבייטער צייטונג" האָט אין דער אידישער אַרבייטער באוועגונג אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם לעבען. יעדע צייטונג וואָלט דאַן געהאַט אַ געוויסע ווירקונג, אַפֿילו אַ טרוקענע, אַ שוואַכע, מיט ווײניג לעזער. די „אַרבייטער צייטונג" האָט אָבער אין זיך געהאַט זאַפֿט, און — לױט יענע צײַטען — האָט זי געהאַט אַ סך לעזער. זי איז געווען פּאָפּולער און האָט געהאַט אַ גרױסען אײַנפֿלום.

אַ דאַנק דער „אַרבייטער צייטונג" האָט אַלץ פּלוצלינג באקומען גאָר אַן אַנדער פּנים. די יוניאָנס האָבען גענומען וואַקסען; און דאָס ווידער האָט אין אונז אַלעמען פֿאַרגרעסערט דעם אינטערעם אין דער „אַרבייטער צייטונג".49די „אַרבייטער צייטונג" איז געווען דער אָרגאַן פֿון די אידישע יוניאָנס. אָבער דאָס איז ניט אַלץ. מיר, די הױפּט-מענשען פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", אַלס רעדנער, אַגיטאַטאָרם און אָרגאַניזאַטאָרם, זײַנען געווען ענג פֿאַרבונדען מיט יעדער וויכטיגער פֿאַסירונג אין דעם לעבען פֿון די אידישע יוניאָנס. מיר האָבען אנטײל גענומען אין יעדען סטרײַק, און כמעט אין יעדען סעטעלמענט. מיר זײַנען געווען אין דעם צענטער פֿון יעדער יוניאָן טעטיגקײט.

ווען איך בלעטער דורך דעם ערשטען און צווײטען יאָהרגאַנג „אַרבייטער צייטונג" דאַכט זיך מיר, אַז עס איז די זעלבע באוועגונג ווי די וואָס מיר האָבען הײַנט, נאָר אין אַ קלענערער מאָם.

דאָ און דאָרטען געפֿינט איהר אױף דער ערשטער פֿײדזש פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" די פֿאָלגענדע אנאָנסע:

„די וואָס ווײַסען ניט ווי מען ווערט סיטיזענס, זאָלען קומען אין אָפֿים פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", לאָדלאָו סטריט."

פֿאַר עלעקשאָן געפֿינט איהר אױף דער ערשטער פֿײדזש דעם גאַנצען „טיקעט" פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ — די נעמען פֿון אַלע אונזערע קאַנדידאַטען, מיט ענגלישע בוכשטאַבען, אָדער איהר געפֿינט מיט גרױסע ווערטער דעם פֿאָלגענדען רוף:

„נאָך יוניאָן סקווער! נאָך יוניאָן סקווער! אַרבייטער, קומט אַלע און ברענגט אײַערע פֿרײַנד צו דער דעמאָנסטראַציאָן פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטײ!"

אין יענע יאָהרען איז דער יוניאָן-סקווער (דער קלײנער פּאַרק וואָס ליגט צווישען בראָדווײ און פֿערטער עווענױ און צווישען 14טער און 17טער סטריט) געווען דער הױפּט-פּונקט, וואו אָפֿען עווער מאָס-מיטינגען פֿלעגען אָפּגעהאַלטען ווערען. די דאָרטיגע הילצערנע שטאָדט-געבײַדע האָט אַ פּלאַטפֿאָרמע צו דער 17טער סטריט צו, און פֿון דאָרטען פֿלעגט מען רעדען צום עולם. אַהין פֿלעגט מען קומען, מאַרשירענדיג מיט מוזיק, פֿון די דײַטשע, אײרישע און אידישע קוואַרטאַלען. נײַ-אָנגעקומענע אימיגראַנטען פֿלעגען מײנען, אַז מען רופֿט דאָס יוניאָן-סקווער ווײַל יוניאָן-לײַט פֿלעגען דאָרטען אָפּהאַלטען זײַערע פֿאַרזאַמלונגען. דאָס איז אַ50טעות. דער נאָמען האָט צו דער אַרבייטער באוועגונג קײן שײַכות ניט. מיט דעם וואָרט „יוניאָן" (פֿאַראײניגונג) מײנט מען דאָ די פֿאַראײניגטע שטאַטען.

אין אײניגע נומערען פֿון דעם ערשטען יאָהרגאַנג „אַרבייטער צייטונג" געפֿינט זיך אַן אנאָנסע: „די וואָס ווילען זיך קאָרעםפּאָנדירען מיט דער הברו פֿעדערײיש'אָן אָוו לײבאָר פֿון די יוניטעד סטײטם און קענעדע זאָלען שרײַבען אױף דעם אדרעם פֿון דער פֿעדערײיש'אָן". און אונטען איז אונטערגעשריבען: „אָרגאַניזאַטאָר אב. קאַהאַן; בריף און צוזענדונגען צו שיקען צום סעקרעטער, מאָרים הילקאָוויץ, 81 לאָדלאָו סטריט".

די מעלדונגען וועגען אונזערע יוניאָנם און סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעם פֿלעגען אין דער „אַרבייטער צייטונג" געדרוקט ווערען אונטער דעם נאָמען „פֿאַראײניגען און פֿערזאַמלונגען". די נײַעם פֿון דער סאָציאַליסטישער באוועגונג פֿון אַנדערע לענדער פֿלעגען מײַסטענס געגעבען ווערען אונטער דעם איבערשריפֿט: „פֿון נאָהענט און פֿון ווײַטען".

אײנע פֿון די נאַכריכטען, וועלכע איך האָב געפֿונען אין דיזער אָפּטײלונג, דורכבלעטערענדיג די אַלטע נומערען „אַרבייטער צייטונג", איז געווען דאָס פֿאָלגענדע:

„דער באקאַנטער פֿראַנצױזישער דעפּוטאַט מילעראַן, דער

4
קאַמף מיט די אַנאַרכיסטען. — די „פֿרײַע אַרבייטער שטימע".

51אונזער קאַמף מיט די אַנאַרכיסטען איז פֿיל פֿאַרשאַרפֿט געוואָרען. די אידישע אַנאַרכיסטען פֿון זײַער זײַט האָבען אױך באַלד באקומען אַן אָרגאַן. צוערשט איז דאָס געווען אַ פּריוואַטע צייטונג מיט'ן נאָמען „מאָרגענשטערן", וועלכע איז ארױסגעגעבען געוואָרען פֿון דעם פֿאָטער פֿון מאיר לאָנדאָן, אונטער דער רעדאַקציע פֿון דר. ברעסלאַווסקי. דערנאָך האָבען זײ געגרינדעט אַן אײגענע צייטונג — „די פֿרײַע אַרבייטער שטימע". זײ פֿלעגען אונז אַטאַקירען מיט שימפּערײַען פֿאַרוואָם מיר האַלטען אָפּ די רעוואָלוציע. און מיר פֿלעגען אָפּלאַכען פֿון זײַערע פֿראַזען און פֿון זײַערע אונפֿאַרשטענדליכע, אָפֿט אונזיניגע, דײַטשע אידיש.

אַ ספּעציעלען פֿאַרגעניגען פֿלעגט פֿון דעם האָבען פֿיליפּ קראַנץ. דאָנערשטאָג אָווענד, ווען עם פֿלעגט ארױסקומען זײַער בלאַט, פֿלעגט ער נעהמען אַ קאָפּיע, לעזען, אָנווײַזען אױף אַ שורה אָדער אַ וואָרט, און לאַכען ביז טרערען פֿלעגען זיך איהם שטעלען אין די אױגען. איך געדענק די פֿראָזע „די זיך-ביז'ן הימעל היבער", פֿון וועלכער קראַנץ האָט זיך פֿאַרקײַכט לאַכענדיג.52פֿאַר טריט פֿון אונזער רעדאַקציע. דעם קאַפּע האָבען געהאַלטען צווײ גענאָסען אונזערע, זוסמאַן און גאָלדשטײן. די אַנאַרכיסטען האָבען זיך געהאַט זײַער באזונדערען קאַפּע אױף דיווישאָן סטריט לעבען פּאַיק. איהרע בעלי-בתים זײַנען געווען צווײ ברידער (זאַקם האָבען זײ זײ געהײסען), דער אײנגערער פֿון וועלכע איז געווען אַן אַנארכיסט. מיר פֿלעגען קומען אַהין אױך, און אײניגע פֿון די אַנאַרכיסטען, ווידער, פֿלעגען קומען אין אונזער קאַפּע. די פֿערזענליכע פֿאַרהעלטניסען צווישען די צווײ פּאַרטײען זײַנען אײגענטליך געווען ניט קײן פֿײַנדליכע. מען פֿלעגט אָפֿט פֿאַרברענגען צוזאַמען, הגם לעזענדיג אונזערע צווײ צייטונגען וואָלט מען געקענט מײנען, אַז מיר קענען זיך ניט געפֿינען אײַנער אין דעם אנדערען'ם דלד אמות.

די גיפֿטיגסטע אַטאַקעם אױף אונז זײַנען אין דער „פֿרײַער אַרבייטער שטימע" געמאַכט געוואָרען אין דער פֿאַרמע פֿון פֿעליעטאָנען, פֿון אײנעם מיט'ן נאָמען דוד אַפּטײקער, וועלכער האָט געקענט זאָגען אַ וויץ. קײן מאָראַלישע קראַפֿט האָבען דיזע שפּאַסען זײַנע ניט געקענט האָבען, צוליב דער פֿערזענליכקײט פֿון דעם שרײַבער, וועלכער איז צו דער זעלבער צײַט כלומר'שט געווען אי אַ באגײַסטערטער אַנאַרכיסט, אי אַ באגײַסטערטער תלמוד תורה מלמד. די אַנאַרכיסטען גופֿא האָבען איהם ניט גענומען ערנסט.

דאָך אַ געראָטענער וויץ איז אַ נעראָטענער וויץ, און ניט אײנער פֿון אַפּטײקער'ם שטיפּערײַען האָט אונזערע גענאָסען געערגערט אָהן אַ שיעור.

די „אַרבייטער צייטונג" האָט געהאַט דרײַ מאָל אזױ פֿיל לעזער ווי „די פֿרײַע אַרבייטער שטימע".

מיט אָפּלאַכען פֿון זײַערע אונזיניגע דײַטשע פֿראָזען האָבען מיר זיך נאַטירליך ניט באנוגענט. די ערשטע צווײ יאָהר האָט די „אַרבייטער צייטונג" געדרוקט אָהן אַ צאָהל טעאָרעטישע אַרטיקלען געגען אַנאַרכיזם. דיזע אַרטיקלען זײַנען געשריבען געוואָרען פֿון מילער'ן, הילקאָוויץ'ן און מיר (הױפּטזעכליך פֿון מילער'ן און מיר). פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט אױך קראַנץ שרײַבען איבער אזא53טעמע און אמאָל אױך אן אנדערער. דער אױבען דערמאָנטער י. פּינן, פֿון באָסטאָן, האָט, צום בײַשפּיל, געהאט אן ארטיקעל אונטער דעם נאָמען „אנארכיזם, קאָמוניזם און וואָרימע אײַז-קרים". אלע דיזע ערקלערונגען אונזערע האָבען געשטרעבט צו באווײַזען, אז דער אנארכיזם מיט זײַן אידעאל און מיט זײַנע אטאַקעס אױף אונזער פּראָגראַם האָט ניט קײן לאָגיק און קײן ממשות. אױף א שטרענג לאָגישען שטיגער, דורכגעוואָרפען מיט הומאָר, אָבער אָהן שימפּערײַען פֿלעגען מיר ארױסשטעלען די ווידערשפּרוכען און אונזיניגקײטען פֿון דעם אנארכיזם. מיר האָבען פֿון איהם חוזק געמאכט, און די אנארכיסטען, פֿון זײער זײַט, האָבען געענטפֿערט מיט אלגעמײנע פּרינציפּען, מיט שעהן קלינגענדע אבער ניט-ממשות'דיגע פֿראַזען און מיט שווערע באשולדיגונגען און זידלערײען. די גיפֿטיגסטע אטאַקעס האָט אױף זײ געמאכט מיללער.

איך האָב דאָ נערעדט וועגען די אױספֿיהרליכע טעאָרעטישע ארטיקלען, וואָס מיר האָבען געשריבען געגען דעם אנארכיזם. די צייטונג איז אָבער געווען פֿול מיט דיזען קאמף אונזערען אין אנדערע ארטיקלען אױך. יעדער נומער האָט געטראָגען פֿילע צײכענס פֿון די צוזאַמענשטױסען צווישען די צווײי לאַגערען.

דורכבלעטערענדיג די ערשטע צווײי יאָהרגאַנגען „ארבײַטער צייטונג" (א קורצע צײַט אײדער דיזע שורות זײַנען געשריבען געוואָרען), האָב איך פֿארצײַכענט אײניגע סעמפּעלס, וועלכע54וויכע זיצע אין דעם רײכסטאַג. אונז האָט ער גערופֿען „שווינדלערישע לומפּען". „די „ארבײַטער צייטונג"—האָט ער אױסגערופֿען פּאַטעטיש, — ווערט ארױסגעגעבען פֿון א באנדע שווינדלער". סטאַהלער האָט געשריען, אז ליעבקנעכט (דער סאָציאליסטישער פֿיהרער פֿון דײַטשלאַנד) האָט אמאָל ערקלערט קריג דער הײַנטיגער געזעלשאפֿט. הײַנט אבער טוט ער דאָס שױן ניט מעהר, ווײַל ער זיצט אין פֿאַרלאַמענט צוזאמען מיט אלע שווינדלער, און מען קען דאָך ניט אױפֿטרעטען געגען מענשען מיט וועמען מען זיצט צוזאַמען."

אין א „שטימע אױס דעם פֿאָלק", פֿון סטיווען קופּער, וועלכע איז אָפּגעדרוקט אין דעם נומער 24 פֿון דעם ערשטען יאָהרגאַנג, געפֿינען זיך די פֿאַלגענדע שורות:

„אין דעם לאנדאָנער „ארבײַטער פֿרײַנד", נומער 29, שטעהט דאָס פֿאַלגענדע: דער „ארבײַטער פֿרײַנד" איז סאָציאל-רעוואָלוציאָנער און די סאָציאל-רעוואָלוציאָנערען שטעלען מיט זיך פֿאַר הױפּטזעכליך יענעם טײל סאָציאליסטען וואָס זאָגען, אז סאָציאל-דעמאָקראַטען און אנארכיסטען קענען און דארפֿען געהן האנט אין האנט אין באקעמפֿען די איצטיגע געזעלשאפֿטליכע אָרדנונג. אביסעל ווײַטער זאָגט גאָלאָפֿ (דער רעדאַקטאָר פֿון'ם „ארבײַטער פֿרײַנד"), אז סאָציאל רעוואָלוציאָנערען זײַנען געגען אלע רעפֿאַרמען, געגען פֿאַרלאַמענטאַרישע געזעצען, געגען55„זײ, די אנארכיסטען, זײַנען געגען סטרײיקס, געגען פּראָפֿעסיאָנעלע דורך וואהלען, געגען לײַבאָר-דעי. זײ האַלטען נאָר פֿון געוואַלט-מיטלען. פֿארוואָס טוען זײ דאָס ניט? אױב די תליה און דער קאָורט זײַנען די בעסטע פּלעצער פֿאַר סאָציאליסטישע אגיטאַציעס, טאָ פֿארוואָס לאָזען זײ זיך ניט זעהן אין אזעלכע פּלעצער?"

5

[טאָפּיק] אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן. — דזשאָזעף באראָנדעם. — סאָציאליסטען און אנארכיסטען.—דער ערשטער מאַי-פּאַראַד.

אונזער קאמף מיט די אנארכיסטען האָט זיך אין די ערשטע „ארבײַטער צייטונג"-יאָהרען געלאָזט פֿיהלען אין די אידישע יוניאָנס, אָבער אין קײנער פֿון זײ ניט אזױ שטאַרק ווי אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן. דאָרטען האָט זיך אײיגענטליך געהאַנדעלט וועגען דעם אױבען-דערמאָנטען דזשאָזעף באראָנדעם; ריכטיגער געזאָגט, וועגען דער פֿראַגע, צו וועלכען צד באראָנדעם איז געווען פֿרײַנדליכער. וואָרים עס האָט אזױ פּאַסירט, אז א קורצע צײַט פֿאַר דער גרינדונג פֿון דער „ארבײַטער צייטונג" איז ער געוואָרען דער מענעדזשער פֿון דער יוניאָן, האָט אין איהרי באקומען א גרױסע מאכט און איז דורך דעם פּלוצלינג צוגעקומען צו דעם אױבען-אָן פֿון עפֿענטליכען לעבען.

עס איז אזױ געווען:

די ארבײַטער פֿון עטליכע קלאָוק-שעפּער האָבען געהאט סטרײיקס, און זײ האָבען זיך געווענדעט צו די „פֿאראײיניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען", אז זײ זאָלען זײ העלפֿען פֿיהרען דעם קאמף. די „געווערקשאַפֿטען" האָבען צו דיזען צוועק אַפּאָינטעד א קאָמיטע פֿון דרײַי: בערנארד וויינשטיין, אײנעם א שאַך, וועלכער איז דאן געווען דער פֿיהרער פֿון די ניו-פֿעאַנטס מאכער, און דזשאָזעף באראָנדעם'ן, וועלכער איז אױך געווען א דעלעגאַט פֿון די ניו-פֿעאַנטס מאכער צו די „געווערקשאַפֿטען". די סטרײי-56קערס האָבען געבעטען אז אײנער פֿון די דרײַי זאָל בײַ זײ בלײַבען, און אזױ ווי באראָנדעם איז געווען דער אײנציגער וואָס האָט געהאט צײַט דערצו, איז ער פֿארבליבען.

קלאָוק-מאכער סטרײיקס זײַנען ניט געווען קײן נאָווינע (אין די פֿריהערדינע עטליכע יאָהר האָב איך מעהרערע מאָל אנטײל גענומען אין אזעלכע קאַמפֿען). קײן וויכטיגע יוניאָן איז אָבער פֿון זײ ניט ארױסקומען. נאָך א זיגרײַכען סטרײיק פֿלעגט די יוניאָן געוועהנליך זיך צופֿאלען, און קײן גרױסע ארגאַניזאַציע איז אפֿילו אין דער צײַט פֿון קאמף אױך ניט געווען. דיזער סטרײיק אבער האָט זיך פֿאנאַנדערגעוואַקסען און אונערוואַרטעטערהײט האָט זיך פֿון איהם פֿאנאדערגעבליהט אן ארגאַניזאַציע פֿון עטליכע טױזענט מיטגלידער — א גרױסע צאָהל פֿאַר יענע צײַטען — און זי האָט געמאכט דעם אײַנדרוק פֿון א ממשות'דיגע, שטענ-דיגע זאַך.

אין דער צײַט פֿון דעם סטרײיק האָט באראָנדעם פֿאַר דער יוניאָן געאַרבײַט בוכשטעבליך טאָג און נאכט, און ער האָט זיך בײַ די מיטגלידער באליבט געמאכט. דער רעזולטאַט איז געווען, אז מיר האָבען איהם פּלוצלינג דערזעהן אלס אײנפֿלוסרײַכען פֿיה-רער פֿון א גרױסער ארגאַניזאַציע.

די קלאָוקמאכער יוניאָן איז געווען די ערשטע אידישע יוניאָן אײַנצופֿיהרען א שעהנעם אָפֿים. און אין דיזען גרױסען שעהן-מעבלירטען אָפֿים איז באראָנדעם געווען די הערשענדע פֿיגור*.

די קלאָוקמאכער האָבען איהם ארױסגעוויזען גרױס רעספּעקט. זײַן מאכט איז שנעל געוואַקסען; ער האָט זיך אנגעהױבען צו קלײַדען שעהנער און צו האַלטען זיך מיט מעהר זעלבסטווירדע. עס איז איהם ניט געווען צו דערקענען.

איך געדענק מײַן איבעראַשונג, ווען איך האָב איהם צום ערשטען מאָל באזוכט אין זײַן וואָושנעם אָפֿים.57איך זאָג אז ער האָט זיך בײַ די קלאָוק-מאכער באליבט געמאכט. די איבערגעגעבענהײַט, מיט וועלכער ער האָט געאַרבײַט פֿאַר זײער סטרײיק, איז ניט געווען די אײנציגע אורזאַכע דערצו. באראָנדעם האָט א היבש ביסעל פֿערזענליכען מאַגנעטיזם. ער איז א ווײַכער גוט-הערציגער מענש. ס'איז גרינג אין איהם צו ערוועקען רחמנות, ארױסצורופֿען טרערען אין זײַנע אױגען און צו באקומען א טובה בײַ איהם. דערצו נאָך איז ער געווען א שעהנער יונג, מיט א שעהנער פֿיגור, און מיט א שעהנער באריטאָן שטימע, כמעט א באסאָווע. די שטימע גופֿא האָט ארױסגערופֿען רעספּעקט. א רעדנער איז אױך ער געווען ניט קײן שלעכטער. און ארײַנגעוואָר-פֿען א פּסוק, אָדער א שטיקעל גמרא אין זײַנער א רעדע האָט ער אױך געקענט. קורץ, פֿילע פֿון די קלאָוקמאכער זײַנען פֿון איהם געווען בוכשטעבליך באצױבערט. זײ האָבען איהם ליב געהאַט און געציטערט פֿאַר איהם.

די אידישע ארבײַטער זײַנען אין יענע צײַטען, אין אלגעמײן גענומען, געווען א סך ווײניגער ענטוויקעלט ווי הײַנט. צווישען די קלאָוק-אָפּערײַטאָרס האָבען זיך אײיגענטליך געפֿונען פֿילע יונגע לײַט, וואָס האָבען „זיך פֿאַרשטאַנען אױף שוואַרצע פֿינגער", וואָרים „אָפּערײַטאָרײַ" האָט מען זיך אױסגעלערענט ערשט אין אמעריקא, און צו דעם האָבען זיך גענומען פֿילע ישיבה-58בערג באשרײַבט, האָב איך געקענט פֿערזענליך — הױפּטזעכליך צווײי פֿון זײ — און איך קען זאָגען, אז זײַנע שילדערונגען פֿון זײ זײַנען ניט א האָר איבערטריבען. פֿילע פֿון דעם דאָזיגען טיפּ זײַנען געווען צווישען די טרײיסטע און באנײיסטערסטע יוניאָן-לײַט. זײ האָבען אָבער פֿון דער הײם מיטגעבראַכט גאַנץ פֿאַרצײַטיגע באגריפֿען, לױט וועלכע עס איז, צום בײַשפּיל, ניט געווען קײן אוננאַטירליכע זאַך, אז א וואָושנער מענש זאָל אן ארבײַטער געבען א פּאַטש. אלזאָ, פֿלעגט טרעפֿען, אז באראָנדעם זאָל צו זיך צורופֿען א ווילדען פֿרעסער און איהם אָנפּאַטשען; און דאָס פֿלעגט נאָך פֿאַרגרעסערען דעם פֿרעסער'ס רעספּעקט צו איהם. אײן פֿרעסער אזעלכער האָט אמאָל צו מיר געזאָגט: „פֿאַר מיר איז א כבוד ווען אזאָ מאַן ווי מיסטער באראָנדעם גיט מיר א פּאַטש."

די דאָזיגע מלוכה, וועלכע איז צו איהם געקומען אזױ פּלוצ-לינג, האָט באראָנדעם'ען בארױשט; און אזױ ווי ער איז דאן געווען זעהר יונג, זעהר אונערפֿאַהרען און זעהר לײַכטזיניג, האָט זיך זײַן באַרױשונג מאַנכע מאָל אױסגעדריקט אױף א קאָמישען שטײגער. זײַטיגע מענשען פֿלעגען שמײכלען און גענגער פֿלעגען אין זײיער קריטיק זיך פֿאַרגעסען אָן די טרײַע אונערמידליכע אר-בײַט, וואָס ער האָט געטאָן פֿאַר דער יוניאָן.

געפֿינענדיג זיך אין זײַן נײַער ראָלע, האָט באראָנדעם אָנגעהױבען צו ווײַכען פֿון אונזערע „ארבײַטער צייטונג" מענשען, וועלכע זײַנען ניט געווען געוואױנט איהם צו נעהמען ערנסט. און מיט דעם האָבען זיך באנוצט די אנארכיסטען. אום איהם אריבערצוגעוואױנען אױף זײיער זײַט, האָבען זײ איהם אָנגעהױבען צו שענקען אױפֿמערקזאַמקײט. דער רעזולטאַט איז געווען, אז באראָנדעם האָט גענומען ארױסוויױזען נאָהענטקײט צו די אנאר-כיסטען.

דערבײַ האָט מיטגעוווירקט א ספּעציעלער אומשטאנד: אין דער עקזעקוטיוו באָאַרד פֿון דער קלאָוקמאכער יוניאָן האָבען זיך געפֿונען עטליכע מיטגלידער פֿון דעם אנארכיסטישען „פֿאָרטביל-59דונגס-פֿאַראײן" *. דאָס זײַנען געווען יונגע לײַט, וואָס האָבען געקענט נעהמען דאָס וואָרט אױף א מיטינג און דאָס רוב האָבען זײ טאַקע געהאט כאראַקטער אױך. צופֿיל אזעלכע מיט-גלידער האָט די יוניאָן ניט געהאט; אלזאָ האָבען זײ געשפּילט א ראָלע אין דער ארגאַניזאַציע און מען האָט זײ ערוועהלט צו דער עקזעקוטיוו. טײלווײַז דורך דעם וואָס זײ האָבען געהאט די קאָנטראָלירענדע מאכט אין דער יוניאָן און טײלווײַז דורך דעם וואָס זײ פֿלעגען פֿילע שטונדען זיך געפֿינען אין באראָנדעם'ס קאָמפּאַניע, האָבען זײ אױף איהם געהאַט א ווירקונג, און זײ האָבען דאָס אױסגענוצט אין די אינטערעסען פֿון זײיער פּאַרטי.

אמטעטיגסטען האָבען אין דיזער ריכטונג געאַרבײַט צווײי מיטגלידער פֿון דער עקזעקוטיוו: אברהם ראָזענבערג, דער גרינ-דער פֿון דעם „פֿאַרטבילדונגס-פֿאַראײן", און מ. ליעדער. ראָזען-בערג און ליעדער זײַנען געווען פֿאַרביסענע געגנער פֿון דער „ארבײַטער צייטונג" און פֿון יעדען, וואָס איז מיט איהר געווען פֿאַרבונדען **.

געשריבען איז עס — טראָץ אלע ניט-דריכמיגקײיטען און דױהקײי-טען — זעהר אינטערעסאַנט. אין זײַן הקדמה זאָגט ראָזענבערג, אז ער שטעלט זיך ניט ארױס פֿאַר קײן פּראָפֿעסיאָנעלען שרײַבער. זײַנע שילדע-רונגען זײַנען אָבער אָפֿט אזעלכע, אז מאַנכע פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער וואָלטען איהם געדאַרפֿט מקנא זײַן. פֿילע שטעלען זײַנען פֿארבען-פֿול און בעל'טעם'ט מיט הומאָר. ער גיט אונז לעבעדיגע פֿאַרטרעטען און לעבע-60מיר, פֿון אונזער זייט, האָבען צוערשט זיך געסטאַרעט באַראָנדעם'ן צו דערנעהנטערען צו זיך. מיר האָבע איהם געצויגען צו זיך, און די אַנאַרכיסטען האָבען איהם געצויגען צו זיך, און דאָס האָט איהם גאָר פֿאַרדרעהט די קאָפּ.

צווישען די מעטיגע מיטגלידער פֿון דער יוניאָן זיינען געווען צוויי פֿראַקציעס — אַ סאָציאַליסטישע און אַן אַנאַרכיסטישע. עס פֿלעגען פֿאָרקומען היסע גיפֿטיגע וויכוחים, ווילדע רייסערייען, און אַמאָל פֿלעגט זאָגאַר קומען צו קלעפּ.

„אונזערע" פֿלעגען די אַנאַרכיסטען דערמאָנען די עקסלערונגען פֿון זייערע פֿיהרער, וועלכע האָבען גערעדט געגען יוניאָנס,61זיי אויסגעלאַכט אַלס „פּאָליטיוווען", און געשריהען, אַז נאָר גוואַלט-טהאַטען זיינען רעאַל און ווירקזאַם. זיי פֿלעגען די אַנאַרכיסטען אויפֿוואַרפֿען אַז זייער אַנטייל אין די יוניאָנס איז ניט קיין אויפֿריכטיגער, אַז זיי שפּאַרען זיך אין זיי נאָר אום צו האָבען מאַכט. אויף דעם פֿלעגען די אַנאַרכיסטען ענטפֿערען: „מאַלע וואָס אונזערע פֿיהרער זאָגען! אַנאַרכיסטען גלויבען ניט אין קיין פֿיהרער. ביי אונז איז יעדער מענש אַ פֿיהרער איבער זיך".

איך האָב אַמאָל ביינעוואוינט אַזאַ דיסקוסיע. אַ סאָציאַליסטישער קלאָוק מאַכער האָט געזאָגט איראָניש: „אייערע גענאָסען פֿלעגען דאָך עפּעס זאָגען אַז אַ יוניאָן איז אַ פּאָליטיוו! איך האָב געמיינט, אַז אַ יוניאָן איז ביי אייך אַזוי טריף ווי דער פּאַרלאַמענט." דער ענטפֿער איז געווען, אַז אַ פּאַרלאַמענט איז מאַקע טריף, וואָרים דאָרטען זיצען קאַפּיטאַליסטישע דעפּוטאַטען. אַ יוניאָן אָבער באַשטעהט דאָך דורכאויס פֿון אַרבייטער.

איידער די „אַרבייטער צייטונג" איז ערשינען, פֿלעגען די אַנאַרכיסטען זיך האַלטען ביי זייערע „פּאָליטיוו"-געשרייען געגען די יוניאָנס. דערנאָך אָבער האָבען זיי דאָס ביסלעכווייז אויפֿגעגעבען.

הערץ בורגין דערמאָנט מיטינגען, אויף וועלכע ר. לואיס און מייקעל קאָהן, די צוויי וויכטיגסטע אידישע אַנאַרכיסטען, האָבען אָפֿען ערקלערט, אַז אַן אַנאַרכיסטישער „פֿאַרטבילדונגספֿאַראיין" איז וויכטיגער ווי אַ יוניאָן; אָדער זיי פֿלעגען ריידען! וועגען צוויערליי יוניאָנס — „גוטע" און „שלעכטע". אַ גוטע יוניאָן האָט ביי זיי געהייסען אַ רעוואָלוציאָנערע יוניאָן. אין דעם זעלבען זין — דערצעהלט בורגין — פֿלעגט אין יענע צייטען אויך שרייבען ש. יאַנאָווסקי אין דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿריינד" (יאַנאָווסקי האָט דאַן געוואוינט אין לאָנדאָן און איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דיזער צייטונג).

מיר וועלען דערמאָנען דעם לעזער, אַז דער יונגער אַנאַרכיסט פֿרענער, וועלכער האָט דאַן געוואוינט אין פֿילאַדעלפֿיא און איז געווען דער פּאָפּולערסטער רעדנער ביי די אַנאַרכיסטען,62האָט אויף דעם צוזאַמענפֿאָר, פֿון וועלכען עס איז געבאָרען געוואָרען די „אַרבייטער צייטונג", אָפֿען אויסגעשריען, אַז ער פֿאַרדאַמט די יוניאָנס אַלס פּאָליטיווען. דאָס איז געווען דער שליסעל צו זייער יוניאָן-טאַקטיק אונגעפֿעהר ביז די „אַרבייטער צייטונג" איז געגרינדעם געוואָרען. דערנאָך האָבען זיי זיך געפֿלאַנטערט אין אַ מישעניע פֿון „גוטע" יוניאָנס און „שלעכטע" יוניאָנס, ביז ענדליך האָבען זיי זייער גאַנצע פֿריהערדיגע יוניאָן-טאַקטיק אַרויפֿגעטראָגען אויפֿ'ן בוידעם. זיי האָבען גענומען זיין מעטיג אין די יוניאָנס און זאָגאַר אין די „פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען". די סאָציאַליסטען זיינען אָבער אומעטום געווען די הויפּט-מאַכט (אויסער אין דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן, אַ געוויסע צייט). אין סך הכל איז אונזער פּאַרטי געווען די הערשענדע קראַפֿט אין דער אידישער אַרבייטער באַוועגונג, וועלכע זי האָט אייגענטליך אויפֿגעבויט.

אין אַלגעמיין גענומען האָבען די אַנאַרכיסטען אין די יוניאָנס קיין ממשות'דיגע באַדייטונג ניט געהאָט.

בורגין גלויבט, אַז זייער שוואַכקייט אין די יוניאָנס האָט געשטאַמט פֿון דעם אויבען-דערמאָהנטען ווידערשפּרוך אין זייער פּאָליסי: זיי זיינען געווען אי פֿאַר די יוניאָנס, אי געגען די יוניאָנס; אי זיי האָבען זיי פֿאַרדאַמט, אי זיי האָבען געוואָלט אַרבייטען פֿאַר זיי. אַלזאָ, האָבען די אַרבייטער זיי ניט געקענט נעמען ערנסט.

דאָס וואָלט ריכטיג געווען, ווען עס וואָלט זיך געהאַנדעלט נאָר וועגען אינטעלינענטערע אַרבייטער. ווען מען רעדט אָבער וועגען דער גרויסער מאַסע קלאָוקמאַכער, שניידער אָדער ני-פֿענטס-מאַכער, גלויב איך ניט, אַז מען קען דאָס אָנגעבען אַלס אַ וויכטיגע אורזאַכע. איך בין איבערצייגט, אַז די הויפּט-אורזאַכע איז באַשטאַנען אין די גוואַלט-טהאַטען, וועגען וועלכע זיי האָבען גערעדט פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע, אין זייערע געשרייען וועגען אַ באַלדינער רעוואָלוציע, אין דער „רעוואָלוציאָנערער" טאַקטיק, וועלכע זיי האָבען געפּאָדערט.

ווען דער רעדנער איז אַ גוטער (און גוטע רעדנער האָבען63זיי געהאַט) קען ער מיט דיזען סאָרט אַגיטאַציע אויף אַ געוויסער צייט פֿאַראינטערעסירען אַ געוויסען קלאַס יונגע לייט, אָבער ניט אַ ברייטען עולם, וועלכער ענטהאַלט אַ גרויסע צאָל פּאָלשטענדיג-ערוואַקסענע מענשען.

צווייטענס, איז זייער צייטונג געווען פֿול מיט הויכע ווערטער און מיט טרוקענע אַרטיקלען, וועלכע האָבען ניט געקענט אַפּעלירען צו די מאַסען.

די „אַרבייטער צייטונג" האָט געהאַט אַ סך מעהר לעזער ווי זייער „פֿרייע אַרבייטער שטימע" און אַ סך מעהר איינפֿלוס. זייער צייטונג האָט זיך געמאַטערט. זי האָט אָפּגעלעבט אַ קורצע צייט און זי האָט געסטאַפֿט. דאַן האָט מען איהר צוריק געעפֿענט, אָבער לאַנג האָט זי אין יענע יאָהרען ניט עקזיסטירט. זי האָט געהאַט אַ קליינע סוירקוליישאָן, און די שטיצע וואָס זי האָט באַקומען פֿון סימפּאַטיזירער איז ניט געווען גענוג איהר אויפֿצוהאַלטען.

ווען מען לעזט אברהם ראָזענבערג'ס „עראינערונגען", קען מען באַקומען דעם איינדרוק, אַז די קאָנקורענץ צווישען די אַנאַרכיסטען און די סאָציאַליסטען אין דער אידישער אַרבייטער באַוועגונג איז געווען אַ קאָנקורענץ צווישען גלייכע קרעפֿטען, אָדער זאָגאַר, אַז די אַנאַרכיסטען זיינען געווען שטאַרקער פֿאַר64אַרבייטער יום-טוב, וועלכער איז באַשטימט געוואָרען אויף דעם פּאַריזער אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעס, אין 1889.

די פֿענסטער פֿון הונדערטער טענעמענט הייזער זיינען געווען דעקאָרירט מיט רויטע פֿאָהנען, און ווען די מאַרשירענדע אַרבייטער, באַגלייט מיט מוזיק, זיינען דורכגעגאַנגען, האָט מען זיי אומעטום באַגריסט מיט פֿאָכענדע פֿאָהנען, מיט הורא-געשרייען און אַפּלאָדיסמענטען.

אינטערעסאַנטע סצענעס זיינען פֿאָרגעקומען. אַ אידישע באַלעבאָסטע דערהערט, צום ביישפּיל, די מוזיק; זי האָט אָבער פֿאַרגעסען צוצוגרייטען אַ רויטע פֿאָהן; כאַפּט זי אַ רויטען טישטוך, בינדט איהם צו צו דעם שטעקען פֿון איהר ברום, און מיט דעם פּאַכט זי פֿון איהר פֿענסטער אַ קבלת-פּנים צו די מאַרשירענדע.

אין אַן אנדער פּלאַץ האָט מען דערקענט, אַז די רויטע פֿאָהן איז אַ רויטע ווייסטעל, צוגעבונדען צו אַ שטעקען. דער באָבאַכטער האָט באַמערקט די קנעפּלעך.

די אידישע אַרבייטער זיינען נאַטירליך ניט געווען די איינצינע וואָס האָבען זיך באַטייליגט אין דעם יום-טוב. אין ניו יאָרק זיינען דאַן געווען פֿילע דייטשע יוניאָנס — גרעסערע און מעהר אין צאָל ווי די אידישע — און זיי האָבען אַלע נעמאַרשירט לכבוד דעם אינטערנאַציאָנאַלען אַרבייטער פֿייערטאָג. און אַמעריקאַנער יוניאָנס אויך, הגם זיי האָבען זיך מיט דעם סאָציאַליסטישען זין פֿון דעם יום-טוב ניט אינטערעסירט. די גאַנצע שטאָדט האָט געהילכט פֿון מאַרשירענדע אַרבייטער און זייער מוזיק. אַלע זיינען זיך צונויפֿגעקומען אויף יוניאָן-סקווער, וואו עס זיינען געהאַלטען געוואָרען רעדעם אויף ענגליש, דייטש און אידיש.

באַלד נאָך דעם ערשטען מאַי האָט ביי די קלאָוק-מאַכער זיך ענטוויקעלט אַ לאַגע, וועלכע האָט אַפֿילו זייערע אַנאַרכיסטישע מיטגלידער נעצוואואונגען זיך צו ווענדען צו אונז. אַלע אונזערע רעדנער האָבען זיך באַטייליגט.

6
דער ערשטער גרויסער קאַמף אין דער קלאָוק-טרייד. — ווידער פּראָפֿעסאָר גאָרסייד. — אַן אונפֿאַרגעסליכע פֿאַרזאַמלונג.

65די קלאָוק-מאַנופֿעקטשורערס האָבען זיך פֿאַראייניגט אין אַ „מאַנופֿעקטשורערס אססאָסיאיישאָן" מיט דעם צוועק צו צוברעכען די יוניאָן. פֿריהער האָבען זיי די אָרגאַניזאַציע ניט גענומען ערנסט. איצטער אָבער, ווען זיי האָבען געזעהן אַז זי האַלט זיך, זיינען זיי געוואָרען אומרוהיג.

נאָך מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער האָב איך געהערט, אַז די מאַנופֿעקטשורערס וועלען די יוניאָנס לאַנג ניט דולדען. אַ קלאָוק-שניידער מיט'ן נאָמען מאיאָווער, וועלכער איז געווען אונזערער אַ פּאַרטי גענאָסע, האָט אין אַ געשפּרעך מיט מיר, אַמאָל געזאָגט:

— פֿריהער-שפּעטער וועלען די מאַנופֿעקטשורערס זיך פֿאַראייניגען און מאַכען אַ לאַק-אאוט.

זייער פֿאַראייניגונג איז אַלזאָ איצט פֿאָרגעקומען. און עס האָט זיך גענומען הערען פֿון אַלע זייטען, אַז זיי סטראַשען מיט אַ לאַק-אאוט.

איך האָב שוין געזאָגט (אין דעם פֿריהערדיגען באַנד), אַז די קלאָוק-מאַנופֿעקטשורערס, מיט זעהר וויינינג אויסנאַמען, זיינען געווען דייטשע יהודים, וואהרענד די אַרבייטער זיינען מייסטענס געווען אונזערע אידען פֿון רוסלאַנד, פּוילען, גאַליציען, אָדער אידיש-ריידענדע אידען פֿון אונגאַרן. צווישען די קאַטערס האָט זיך געפֿונען אַ היבשע צאָל בעהמיש-אידישע אָדער דייטש-אידישע אימיגראַנטען. צווישען די שניידער, אָפֿערייטאָרס און פּרעסער אָבער איז אַזאַ סאָרט איד געווען אַ זעלטענהייט. די רייכע יהודים האָבען אויף אונזערע אידען געקוקט אימער מיט פֿאַראַכטונג. זיי האָבען זיי באַטראַכט פֿאַר אַ נידעריגערען פֿאָלק. און ווען דיזער „נידעריגערער" פֿאָלק האָט זיך גענומען אָרגאַניזירען געגען זיי, איז פֿון דער פֿאַראַכטונג געוואָרען אַ ביטערער האַס.66ענדליך איז דער לאַק-אאוט געקומען. עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען פֿון אַ קלייניגקייט. אין וואָס די קלייניגקייט איז באַשטאַנען געדענק איך אַליין ניט. אָבער ראָזענבערג דערצעהלט וועגען דעם דאָס פֿאָלגענדע:

„ביי דער קלאָוק פֿירמע גאָלדשמיט און פּלאַט האָט געאַרבייט אַ געוויסער סעמפּעל-שניידער מיט'ן נאָמען האָפֿמאַן, וועלכער איז געווען אַ גוטער יוניאָן מאַן. דיזער האָפֿמאַן איז געווען אַ גרויסער וויצלער. ער פֿלעגט אין שאַפּ אָפֿטאָן פֿאַרשידענע שפּיצלעך. איין מאָל האָט ער גענומען אַ שטאַרקען דינעם זייד און האָט איהם איבערגעצויגען איבער'ן גאַנצען שאַפּ, פֿון איין וואַנט צו דער צווייטער. דאַרף זיך מאַכען, אַז הענרי גאָלדשמיט, אַ מעמבער פֿון דער פֿירמע, איז שנעל געלאָפֿען איבער'ן שאַפּ, און דער זייד האָט איהם איינגעשניטען דעם נאָז".

האָפֿמאַנ'ען האָט מען אַוועקגעשיקט. און דערפֿאַר האָט די יוניאָן אַרויסגערופֿען אַ סטרייק ביי דער פֿירמע.

די קלאָוק-קאַטערס האָבען דאַן געהאַט אַ באַזונדערע יוניאָן. זיי זיינען אָבער געווען פֿאַראייניגט מיט די קלאָוקמאַכער, און זיי זיינען אַרוים אין אַ סימפּאַטיע-סטרייק געגען דער פֿירמע. דאַן האָבען אַלע מאַנופֿעקטשורערס אויסגעשלאָסען זייערע קאַטערס.

דאָס איז געווען דער לאַק-אאוט. און די יוניאָן האָט אויף איהם אָפּגעענטפֿערט מיט אַ סטרייק. זי האָט אַרויסגערופֿען אַלע אינסייד און אוטסייד קלאָוק-מאַכער. עס האָט זיך צופֿלאַקערט דער קאַמף, דער ערשטער גרויסער צוזאַמענשטוים צווישען קאַפּיטאַל און אַרבייט אין דער קלאָוק-טרייד, און מען האָט אונזערע רעדנער איינגעלאַדען צו אַדרעסירען פֿאַרזאַמלונגען.

ראָזענבערג זאָגט ביי דיזען פּונקט („עראינערונגען", פּיידזש 23):

„דורך דעם קלאָוק-מאַכער סטרייק האָבען אויך די סאָציאַל-דעמאָקראַטען געוואָלט קריגען דעם איינפֿלוס אויף אונזער יוניאָן, און זייערע בעסטע רעדנער, ווי די גענאָסען אב. קאהאן, זאַמעטקין, לואי מיללער און נאָך אַנדערע זיינען זעהר טעטיג געווען און געהאָלפֿען די סטרייקער מיט ראַטה און טהאַט".

דאָס וואָלט געקענט מאַכען דעם איינדרוק, אַז מיר זיינען67געקומען ניט-געבעטענערהייט, און דאָס וואָלט געווען אַ טעות. דער פאַקט איז, אַז ביי די „רענק ענד פייל" פון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן איז די „אַרבייטער צייטונג" געווען זעהר פּאָפּולער און באַליבט, און דאָס זעלבע איז געווען מיט אונזערע רעדנער. צווישען די פיהרער פון דער יוניאָן זיינען די אַנאַרכיסטען געווען אַ סך בעסער פּאַרטראָטען ווי מיר, אָבער אפילו זיי זיינען געווען איינפאַרשטאַנען אַז מען דאַרף אונז איינלאַדען. אין דער צייט פון דעם סטרייק איז די שטימונג איבערהויפט געווען אַ ברידערליכע. ביידע צדדים האָבען אַנטייל גענומען אױפֿ'ן פריִדליכסטען שטייגער.

גלייך נאָך די פאָר שורות, וועלכע איך האָב דאָ געבראַכט, זאָגט ראָזענבערג:

„מיט איינעם וואָרט, אַנאַרכיסטען אַזױ גוט ווי סאָציאַל-דעמאָקראַטען האָבען געטאָן זייער בעסטעם דעם סטרייק צו געווינען". און דאָס איז גאַנץ ריכטיג.

איין מאָל, אַריינקומענדיג אין אָפיס פון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן, האָב איך דאָרטען געפֿונען דעם „פּראָפעסאָר" גאָרסייד, מיט וועמען מיר זיינען שױן באַקאַנט (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 428). דער לעזער ווייס שױן פון דער געשיכטע מיט דער בריטווע, ווי אַזױ אונזער פּאַרטיי האָט גאָרסייד'ן משלח געווען אַלם אַ „פּייקער". איך האָב איהם לאַנג ניט געזעהן און האָב שױן כמעט פאַרגעסען אָן איהם. איצט, ווען איך האָב איהם געפֿונען אין דעם אָפיס פון דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן, בין איך ערשטוינט געוואָרען.

— וואָס טוט דער חברה-מאַן דאָ ? — האָב איך געפֿרעגט ביי אימעצען פון די פיהרער.

— ער וועט מיטהעלפּען אין סטרייק, — האָט מען מיר געענטפערט, — מען דאַרף איהם האָבען אױף צו געבען די נייעם צו די ענגלישע רעפּאָרטערס.

ווען גאָרסייד האָט מיך דערזעהן ווי איך שטעה און רייד מיט אַ גרופע פון די קלאָוק-מאַכער, איז ער צו מיר צוגעקומען מיט68אַ שיינענדיגען פּנים און מיך באַגריסט, אַזױ ווי מיר וואָלטען געווען די בעסטע פריינד.

גאָרסייד איז נאַטירליך צו דעם סטרייק איינגעלאַדען געוואָרען פון די אַנאַרכיסטען, וואָרום זייער פּאַרטיי האָט איהם די גאַנצע צייט באַשעפטיגט אַלם אַנאַרכיסטישען אַגיטאַטאָר*. ראָזענבערג דערמאָנט גאָרסייד'ען אַלם „איינער פון די אַנאַרכיסטישע רעדנער". ער זאָגט אָבער : „ווער ער איז געווען און פון וואַנען ער איז געקומען, האָט קיינער ניט געוואוסט". דאָס ווייזט, אַז די אידישע אַנאַרכיסטען, וואָס האָבען געשפילט אַ ראָלע אין דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן, זיינען ניט געווען באַקאַנט מיט דער געשיכטע ווי אַזױ גאָרסייד איז פון די דייטשע אַנאַרכיסטען אָנגעשטעלט געוואָרען אַלם ענגלישער אַגיטאַטאָר.

איך האָב געפרואווט זיי עפענען די אױגען און באַווייזען, אַז גאָרסייד איז ניט דער פּאַסענדער מענש אַנטייל צו נעמען אין זייער קאַמף. זיי האָבען אָבער ניט געהערט. צוליב איהם האָב איך זיך געוואָלט צוריקציהען. אָבער אַזאַ שטעלונג וואָלט געקענט שטערען דעם סטרייק. און אין די אינטערעסען פון אייניג-קייט האָב איך די גאָרסייד-פראַגע פֿאַרלױפיג איגנאָרירט.

וואָס ראָזענבערג דערצעהלט וועגען גאָרסייד'ען און זיין ראָלע אין דעם סטרייק איז וויכטיג, און איך וועל דאָס דאָ איבערדרוקען ווערטערליך. ער זאָגט, נעמליך (אױף דער זעלבער פֿיידזש 23) :

„צווישען די אַנאַרכיסטישע רעדנער איז אױך געווען איינער אַ געוויסער גאָרסייד, אָדער פּראָפעסאָר גאָרסייד, ווי די קלאָוק-מאַכער האָבען איהם גערופען. ווער ער איז געווען אָדער פון69וואַנען ער איז געקומען האָט קיינער ניט געוואוסט. אייניגע האָבען געזאָגט, אַז ער איז אַ גלח אין אַ טשווירטש און אַז פֿאַר זיין אַנאַרכיזמוס האָט מען איהם אַרױסגעוואָרפֿען ; אַנדערע ווידער האָבען גאָר געמורמעלט, אַז ער איז אַ שפּיאָן פון די מאַנופּעקטשורערס ; נאָר ווי די זאַך זאָל ניט זיין, ער איז געווען אַן אױסגעצייכענטער רעדנער, און אין זיינע רעדעם פלעגט ער אימער שטאַרק קריטיקירען די פּאָליציי פאַר איהר ברוטאַליטעט געגענאיבער די סטרייקערס. אַזעלכע רעדעם האָבען אונזערע לייטע שטאַרק געגליכען, און ער איז גלייך געוואָרען דער גאַנצער לידער אין סטרייק, צוזאַמען מיט באַראָנדעם'ן.

„און אַזױ ווי באַראָנדעם איז נאָך געווען אַ גרינער און האָט זעהר וועניג געקענט די ענגלישע שפּראַך, איז גאָרסייד איבעראַל געווען דער ערשטער. יעדען זונטאַג פלעגט ער האַלטען ספּיטשעם אין די טשווירטשעם איבער דעם סטרייק און פלעגט ברענגען פון דאָרטען גאַנצע זעק מיט געלט פאַר די סטרייקערס. דורך זיין רעדען און שרייבען אין די ענגלישע צייטונגען אין די גאַנצע שטאָדט געווען אױף אונזער זייט".

אַז גאָרסייד האָט פאַר דעם סטרייק געטאָן אױסגעצייכענטע „פּאָבליסיטי" אַרבייט, וועגען דעם קען קיין פראַגע ניט זיין. ער האָט געוואוסט ווי צוצוקומען צו די רעפּאָרטערס, און זאָגאַר צו די רעדאַקטאָרען, און דורך זיי האָט ער אין די צייטונגען אריינגעבראַכט שילדערונגען פון דער שווערער פּראַצע און אונ-גליקליכען לעבען פון די קלאָוק-מאַכער. אַז די פּרעסע זאָל שטעהן אױף דער זייט פון סטרייקערס איז געווען אַ גאַנץ אונ-געוועהנליכע זאַך. אָבער דער רייכער אַמעריקאַנער עולם האָט דיזען קאַמף באַטראַכט עפּעס אַזױ ווי אַ צוזאַמענשטױם צווישען צוויי קלאַסען אימיגראַנטען, פון וועלכע איינער באַראַבעוועט און מאַטערט דעם צווייטען (אַזױ ווי צווישען אַמעריקאַנער וואָלט אַזעלכעם קיינמאָל ניט געטראָפֿען !). אַלזאָ, האָבען די רייכע אַמעריקאַנער אױף דעם געקוקט ווי אױף אַ ווייטער פרעמדער זאַך, און זיי האָבען געהאַט רחמנות אױף די אונטערדריקטע אימיגראַנטען, נעבאַך. ווען די זעלבע אימיגראַנטען וואָלטען געפיהרט אַ סטרייק געגען אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטען, וואָלט געווען אַ גאַנץ אַנדער מעשה.70צו סימפּאַטיזירען אָבער מיט די קלאָוק-מאַכער, וועלכע האָבען גע-סטרייקט געגען דייטשע יהודים, איז געוואָרען אַ פּאָפּולערע זאַך.

מען קען אױך ניט זאָגען, אַז גאָרסייד האָט זיך אַדווערטייזט מעהר ווי באַראָנדעם'ן. ער האָט אומעטום געגעבען באַראָנדעם'עס נאָמען און דערצעהלט וועגען דער ליבע וואָס די קלאָוק-מאַכער האָבען צו זייער פיהרער. די צייטונגען זיינען געווען פול דושאָזעף באַראָנדעם, און ביי זיי איז געוואָרען אַ מאָדע איהם צו רופען „דהי קינג אָוו דהי קלאָוק-מייקערס" (דער קעניג פון די קלאָוק-מאַכער).

אױב אין די פריהערדיגע עטליכע מאָנאַט איז באַראָנדעם געוואָרען באַקאַנט צווישען די אידישע יוניאָנס, איז ער איצט געוואָרען באַקאַנט איבער דער גאַנצער שטאָדט און זאָגאַר אין אַנדערע שטעדט אױך.

גאָרסייד האָט אין די צייטונגען געשפילט אַזאַ ראָלע אַזױ ווי ער וואָלט אין דעם סטרייק אַנטייל גענומען נאָר ווי אַ כלל-טוער, ווי אַ פֿילאַנטראָפּ, וואָס האָט רחמנות אױף די ליידענדע אָרימע אױסלענדער, נעבעך. ער אַליין איז אַ זייטיגער מענש, הייסט עם. באַראָנדעם איז איינער פון זיי, פון די אױסלענדער, און ער, גאָרסייד, דער אַמעריקאַנער, זוכט פּאָבליסיטי פֿאַר דער יוניאָן און פֿאַר באַראָנדעם'ן, פֿאַר דעם באַליבטען פיהרער פון דיזע אונטערדריקטע אימיגראַנטען.

וואָס אַנבאַטרעפט, אַלזאָ, די פּאָבליסיטי אַרבייט, וואָס גאָרסייד האָט געטאָן פֿאַר דעם סטרייק, האָט מען צו איהם קיין טענות געוויס ניט געקענט האָבען. מען האָט געפֿרעגט שאלות וועגען די געלט, וואָס ער האָט געזאַמעלט פֿאַר די סטרייקערס, און וועגען די געלט, וואָס ער האָט געשפּענט אױף רייכע לאַנטשעם און דינערם מיט פֿאָרשטעהער פון דער פּרעסע — איינקונפטען און אױסגאַבען, וועגען וועלכע עם איז ניט געווען קיין חשבון און קיין קאָנטראָל. אָבער די נוצען, וואָס ער האָט געבראַכט די סטרייקערס זיינען געווען אַזױ גרױם, אַז מען האָט דאָס אַלץ אַוועקגעמאַכט מיט'ן האַנד.71אַ גאַנצען זומער האָט מען אָפּגעסטרייקט. ענדליך האָבען די מאַנופּעקטשורערס גענומען בעטען וועגען אַ פּשרה. עם זיינען אָפּגעהאַלטען געוואָרען קאָנפערענצען און מען איז געקומען צו אַ סעטלמענט. באַראָנדעם איז ביי דעם סעטלמענט ניט געווען אַנוועזענד. די יוניאָן איז פֿאַרטראָטען געווען בלױז פון גאָרסייד'ען. ער האָט אונטערגעשריבען דעם אַגרימענט פֿאַר די קלאָוק-מאַכער און אַ פֿאָרשטעהער פון די קאָטערס האָט דעם אַגרימענט אונ-טערגעשריבען פֿאַר זייער צד. דאָס איז געווען דעם 16טען יולי, 1890.

ביי דיזען פּונקט זאָגט דר. לעווין אין זיין געשיכטע פון דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן :

„אַזױ ווי דער אַגרימענט איז געווען געשריבען אין ענגליש, האָט מען איהם אױועקגעטראָגען צו אַב. קאַהאַנ'ען, אום אױסצוגעפינען אין וואָס עם באַשטעהען די באַדינגונגען. קאַהאָן האָט ערקלערט די פאַרשידענע פּונקטען פון דעם אָפּמאַך און האָט ערקלערט, אַז דאָס איז דער ערגסטער אַגרימענט וואָס מען האָט געקענט מאַכען".

און ראָזענבערג אין זיינע „עראינערונגען" דערצעהלט :

„אױף מאָרגען האָט שטאַטגעפֿונען אַ מאַס-מיטינג פון אַלע סטרייקערס אין ניו-יוערעט האָל, 31 איסט פערטע סטריט, וועלכער איז דאַן געווען דער גרעסטער האָל אין ניו יאָרק*.72די פֿאַרזאַמלונג, וועגען וועלכער דאָ האַנדעלט זיך, איז איינע פון די מערקווירדיגסטע אין וועלכע איך האָב געווען און ווען עם איז אַנטייל גענומען. די סצענעם, וואָס זיינען דאָרטען פֿאָרגעקומען, זיינען אונפאַרגעסליכע סצענעם. אָט זיינען די איינצעלהייטען :

אַ קאָמיטע פון דער יוניאָן האָט מיך געבעטען איבערלעזען דעם אַגרימענט און איהר זאָגען מיין מיינונג וועגען דעם. איך האָב איהם איבערגעלעזען, און מיין ענטפער איז געווען אונגעפעהר דאָס פֿאָלגענדע :

„קיין ערגערען אַגרימענט קען מען זיך ניט פֿאָרשטעלען. עם איז זעהר טרױעריג, אַז מען האָט אָפּגעסטרייקט אַזױ פיל וואָכען, און אַז דאָס איז דער רעזולטאַט. די עפענטליכע מיינונג איז געווען אױף דער זייט פון די סטרייקערס, און די מאַנופּעק-טשורערס האָבען זיך געפיהלט געשלאָגען. איך בין איבערצייגט, אַז מען וואָלט געקענט פון זיי באַקומען פיל בעסערע באַדינגונגען. אָבער ערקלערען דאָס פֿאַר די אַרבייטער וואָלט הייסען זיי ראָטהען ווייטער צו סטרייקען, און אַזאַ פֿאַראַנטוואָרטליכקייט טאָר אױף זיך קיינער ניט נעמען. ווער ווייס וואָס דער רעזולטאַט וועט איצט זיין ? די צייטונגען וועלען שױן מעהר די סטרייקערם ניט סאָפּאָרטען, און זיי, די סטרייקערס, זיינען אַזױ אױסגע-הונגערט. מיין מיינונג איז דעריבער, אַז די פראַגע זאָל מען איבערלאָזען צו די סטרייקערס אַליין. זאָלען זיי באַשליסען צי זיי זיינען באַרייט ווייטער צו סטרייקען. און אום קיינער פון זיי זאָל דערנאָך ניט קענען זאָגען, אַז ער האָט געשטימט פֿאַר אַ פֿאָרטזעצונג פון דעם סטרייק נאָר ווייל ער האָט זיך געשעמט צו שטימען פֿאַר געהן אַרבייטען, זאָל די אָפּשטימונג פֿאָרקומען דורך אַ „סיקרעט באַלאָט".

איך בין מרוצה געווען אַלע פּונקטען פון דעם אַגרימענט פֿאַרצולעזען אױף דעם מאַסס-מיטינג אױף אידיש, אָבער אָהן אַן אױסדרוק פון אַ מיינונג — איבערצולאָזען אַלץ צו דעם פֿאַר-שטאַנד און ווילען פון די אַרבייטער.

די קאָמיטע האָט מיין פּלאַן הערצליך אָנגענומען, און מיר זיינען אריבערגעגאַנגען אין יוערעט האָל, וועלכער איז געווען געפּאַקט מיט קלאָוק-מאַכער.73איך האָב דאַן אױפֿגעשריבען צוויי ווערטער פֿאַר צוויי סיקרעט באַלאָטם : „סטרייקען" און „אַרבייטען", און מען האָט באַשטעלט ביי אַ פּרינטער אַ געוויסע צאָהל פון יעדען פון זיי.

דאַן בין איך אַרױף אױף דער פּלאַטפאָרמע מיט דעם אַגרימענט אין האַנט. באַראָנדעם איז, דאַכט זיך, געווען דער פֿאָרזיצענדער. יעדענפאַלס איז ער געווען אױף דער פּלאַטפאָרמע.

איך האָב פֿאָרגעלעזען דעם אַגרימענט פּונקט פֿאַר פּונקט, אױף אידיש, ערקלערענדיג דעם זין פון יעדער באַדינגונג, אָבער ניט אױסדריקענדיג קיין מיינונג. איך האָב די אַרבייטער געזאָגט, אַז זיי מוזען אַליין באַשטימען צי זיי געפעלט דער אַגרימענט צי ניט, צי זיי ווילען ווייטער סטרייקען צי ניט. אױך האָב איך זיי פֿאַרגעלייגט דעם פּלאַן וועגען דעם סיקרעט באַלאָט. זיי האָבען דעם פּלאַן אָנגענומען מיט באַגייסטערונג.

ווען די שטים-צעטלען זיינען פֿאַרטיג געוואָרען, בין איך און עטליכע פון דער קאָמיטע געגאַנגען צווישען דעם עולם און זיי צוטיילט. דערביי האָבען מיר יעדען מעמבער ערקלערט, אַז בשעת ער וועט באַשטימען זיין באַלאָט און איהם צונױפלייגען, זאָל קיינער ניט זעהן ווי אַזױ ער שטימט.

— וואאוט אַבסאָלוט געהיים, אַבסאָלוט נאָך אייער אייגענעם ווילען, אַבסאָלוט אונגעשטערט ! — האָב איך געזאָגט צו יעדען קלאָוק-מאַכער, ווידערהאָלענדיג פּונקט דיזעלבע ווערטער, ביז זיי האָבען זיך ביי מיר אַרױסגעערעדט מעכאַניש, פון זיך אַליין.

אייניגע מעמבערם זיינען זיך צוגאַנגען אין פֿאַרשידענע ווינקע-לעך, אום צוזאַמענצולייגען דעם באַלאָט אונגעשטערט פון זייטיגע אױגען און פילע זיינען צו דיזען צוועק אַרױס אױפֿ'ן גאַם. מייסטענס אָבער האָבען זיי די צעטעלעך צוזאַמענגעלייגט זיצענדיג אָדער שטעהענדיג אױף אַן אָרט, נאָר אַזױ אַז קיינער זאָל ניט זעהן.

מיר האָבען געגלױבט, אַז די מאַיאָריטעט וועט שטימען פֿאַר געהן צוריק צו דער אַרבייט, וואָרים זיי זיינען געווען אַזױ אױסגעמאַטערט פון דעם לאַנגען קאַמף און איצט האָבען די אױסזיכטען ניט געשיינט צו זיין אַזױ גוט ווי פריהער. ווען מען האָט איבערגעצעהלט די וואָוטם, און עם האָט זיך אַרױס-געצייגט, אַז נאָר אַ הײפעלע וויל געהן אַרבייטען און אַז אַלע74אנדערע זײנען באַרײט ווײטער צו הונגערען און ווײטער צו קעמפֿען, זײנען בײ אײניגע פֿון אונז געשטאַנען טרערען פֿון באַוואונדערונג און ענטוזיאַזם אין די אױגען.

וואָס אנבאַטרעפֿט די ציפֿער פֿון דעם וואָט, זײנען זײ בײ דר. לעווין'ען ריכטיגער ווי בײ ראָזענבערג'ען. לױט דר. לעווין'ען, זײנען אָפֿגעגעבען געוואָרען 20 וואָוטס פֿאַר „אַרבייטען" און 1536 פֿאַר „סטרײיקען". דאָס שטימט מיט די באַריכטען, וואָס זײנען געדרוקט געווען באַלד נאָך דער געשעהעניש, און מיט מײן עראַינערונג וועגען איהר.

ווײטער געדענק איך אַ מהומה פֿון הײליגע באַגײיסטערונג. מען האָט אָפּלאָדירט, געשריען, געטאַנצט, אײניגע האָבען געלאַכט היסטעריש. אַנדערע האָבען זיך אַרומגענומען און געקושט זיך. דערנאָך האָט מען גענומען זיך שפֿאַרען צו דער פּלאַטפֿאָרמע מיט זײנגערס, רינגען, אױרינגלעך, וועלכע מען האָט אַראָפּגענומען פֿון זיך.

די פּרעסע האָט זיך גלײיך איבערגעקערט. אַנשטאָט צו שטיצען די סטרײיקערס, האָבען די אַמעריקאַנער צייטונגען זײ גענומען אַטאַקירען. די מאַנופֿעקטשורערס האָט דאָס אָבער קײן מוט ניט צוגעגעבען. די אַרבייט האָט געמוזט געמאַכט ווערען, און די סצענעם פֿון דעם ניו עווערעט האָל מיטינג האָבען זײ איבערגעשראָקען. זײ האָבען געבעטען אַ צווײיטע קאָנפֿערענץ, און עס איז אָנגענומען געוואָרען אַ נײיע סעטלמענט מיט אַן אמת'ען זיג פֿאַר דער יוניאָן.

ראָזענבערג זאָגט („עראַינערונגען" פֿײדזש 29): „בעפֿאָר דעם סטרײיק האָבען די אַנאַרכיסטען אין אונזער יוניאָן געהאַט די אױבערהאַנד. נאָר דורכ'ן סטרײיק האָבען די סאָציאַל-דעמאָקראַטען זעהר פֿיל גוטע דינסטע געלײיסטעט פֿאַר אונזער יוניאָן. הױפֿטזעכליך אָבער האָבען זײ זיך אױסגעצײיכענט בײם סעטלמענט פֿון סטרײיק. גענ. אַב. קאַהאַן האָט דאַן זעהר אַ טיכטיגען אַנטײיל גענומען און דער סענטימענט האָט זיך75גענומען ענדערען. פֿילע האָבען אָנגעפֿאַנגען צו סימפֿאַטיזירען מיט דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פֿאַרטי".

„אָבער גלײיך נאָכ'ן סטרײיק האָט באַראָנדעם אָנגעשטעלט אַלס אַסיסטענט מענעדזשער דעם געוועזענעם אַנאַרכיסט ר. לואים, וועלכער איז איצט אין שיקאַגאָ אַ דעמאָקראַטישער פּאָליטישען, און דאָס האָט געווירקט ווי אױל אױפֿ'ן פֿײער".

מיט די ווערטער „געוועזענער אַנאַרכיסט" מײנט ראָזענבערג, אַז אין דער צײיט ווען ער האָט געשריבען זײנע עראַינערונגען איז ר. לואים שױן ניט מעהר געווען קײן אַנאַרכיסט. דאַן אָבער, אין דער צײיט פֿון דעם גרױיסען קלאָוק-סטרײיק פֿון 1890, איז ער נאָך געווען דער פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען. דער פֿאַקט אַז באַראָנדעם געפֿינט זיך אַזױ ווײיט אונטער זײיער אײינפֿלוס, אַז ער האָט זײיער לידער געמאַכט פֿאַר זײן אַסיסטענט, האָט אונז נאַטירליך ערבּיטערט. דאָס איז ניט געווען די אײינציגע אורזאַכע, וועלכע האָט „געווירקט ווי אױל אױפֿ'ן פֿײער". וועגען דעם אָבער אין אַ ווײיטערען קאַפּיטעל.

וואָס אנבעטרעפֿט ראָזענבערג'ס באַמערקונג, אַז „איצט האָט זיך דער סענטימענט גענומען ענדערען. פֿילע האָבען אָנגעפֿאַנגען צו סימפֿאַטיזירען מיט דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פֿאַרטי", געהט דאָס נאָר אױף אַ טײיל פֿון די קלאָוק-מאַכער, וואָרים אַ גרױיסע טײיל האָט אױך פֿריהער סימפֿאַטיזירט מיט אונזער ריכטונג. ווי שױן געזאָגט: די „אַרבייטער צייטונג" האָט אין דער יוניאָן געהאַט אַ גרױיסע צאָל איבערגעבענע לעזער. דאָך מוז מען אימער צוגעבען, אַז באַראָנדעם'עס אײינפֿלוס אױף די מיט-גלידער איז געווען זעהר גרױיס, און זײן נײיגונג צו די אַנאַרכיסטען האָט געהאַט אַ דײיטליכע ווירקונג.

אײינענטליך האָט באַראָנדעם אַלײן זיך נערעכענט פֿאַר אַ מיטגליד פֿון אונזער פֿאַרטי, און זאָגאַר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פֿאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן". ער האָט קײנמאָל ניט רעזיגנירט. דאָס האָט געהײיסען, אַז טעאָרעטיש איז ער אַ סאָציאַל-דעמאָקראַט, נאָר אין באַצוג צו דער יוניאָן סימפֿאַטיזירט ער מעהר מיט די אַנאַרכיסטען.

7
אַ מאַס-מיטינג אין קופֿער יוניאָן. — גאַרסײיד צום לעצטען מאָל. — ר. לואים. — מײן דעבאַטע מיט לואים'ן. — יאָהאַן מאָסט און עמאַ גאָלדמאַן.

76פֿון אַ שטעלע, וועלכע איך האָב געבראַכט פֿון ראָזענבערג'ס „עראַינערונגען", האָבען מיר געזעהן וואָס פֿאַר אַ קלאַנגען עס האָבען זיך אַרומגעטראָגען וועגען גאַרסײיד'ען — אַז לױט אײן קלאַנג אַזעלכען, איז ער געווען אַ שפֿיאָן פֿון די מאַנופֿעקטשורערס. יעדענפֿאַלס, נאָך דעם ווי זײן סעטלמענט האָט אַרױיסגערופֿען ענטריסטונג און איז צוריקגעשטױיסען געוואָרען, וואָלט געווען נאַטירליך צו ערוואַרטען, אַז מעהר וועט די קלאָוק-מאַכער יוניאָן מיט איהם ניט האָבען קײן עסק. דאָך, ווען איהר אָבער בלעטערט דורך די „אַרבייטער צייטונג" פֿאַר יענעם יאָהר, זעהט איהר, אַז אױף אַ מאַסען-פֿאַרזאַמלונג פֿון דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין קופֿער יוניאָן, פֿרײיטאָג, דעם 12טען סעפֿטעמבער, פֿון יענעם יאָהר — אונגעפֿעהר צווײי וואָכען נאָך דעם ענדליכען סעטלמענט פֿון דעם גרױיסען קלאָוק-סטרײיק — איז ער געווען אײינער פֿון די רעדנער. אַ באַריכט וועגען דיזער פֿאַרזאַמלונג געפֿינט זיך אין נומער 29 „אַרבייטער צייטונג", ערשטער יאָהרגאַנג.77„פֿאַריגען פֿרײיטאָג, דעם 12טען סעפֿטעמבער, האָבען די קלאָוק-מאַכער געהאַט אין קופֿער אינסטיטוט אַ מאַסען-פֿאַרזאַמלונג" — דערצעהלט דער באַריכט. — „עס זײינען אָנוועזענד געווען צווײי טױזענד פֿערזאָן. די פּלאַטפֿאָרמע איז געווען באַפּוצט מיט רױיטע פֿאָהנען. אַלס ערשטען רעדנער האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ן, נעקסט, ר. לואים'ן (דעם פֿיהרער פֿון די אידישע אַנאַרכיסטען), וועלכער האָט געשריען, אַז די אַרבייטער מוזען זײן באַוואָפֿענט. דערנאָך האָט גערעדט פֿראָפֿעססאָר גאַרסײיד (ענגלישער אַנאַרכיסט). ער האָט גערעדט וועגען דינאַמיט. דערנאָך האָט גערעדט אַב. קאַהאַן".

דער באַריכט ענטהאַלט פֿאָלגענדען אױיסצוג פֿון מײן רעדע: „מיר, סאָציאַל-דעמאָקראַטען, — האָט גענאָסע קאַהאַן78אױיסגעשריען מיט פֿײער, — זוכען צו טאָן דאָס וואָס מיר פּרעדיגען. די אַנאַרכיסטען רעדען נאָר פֿון גרױיסע אַקטען, פֿון העלדען-טהאַטען; אָבער מיט'ן רעדען קומען זײ אָפּ. ווען מען שרײיט פֿון וואָסען, דאַרף מען קענען שמעקען פּולווער, און ניט אָפּקומען מיט פּוסטע פֿראַזען וועגען דינאַמיט און צי בעלע מיט לאַקריץ, וואָס אונזערע פֿאַרבּיסענע געגנער (די אַנאַרכיסטען) וואָרפֿען אימער אין פּנים פֿון די אָרימע אַרבייטער — די פֿאַרשקלאַפֿטע אַרבייטער, וועלכע פֿאַרשטעהען ניט דעם רעטעניש פֿון דער אַרבייטער פֿראַגע. עס איז אַ פֿאַרברעכען ווען מען פֿאַרטומעלט דעם אַרבייטער דעם קאָפּ מיט רעוואָלוציאָן, דינאַ-מיט א. ז. וו. פֿון שרײיען „רעוואָלוציאָן" ווערט קײן רעוואָ-לוציאָן ניט".

עס ווערט אױך באַריכטעט אַז: „קאַהאַן האָט לואים'ן מיט גאַרסײיד'ן אַרױיסגערופֿען אױף אַ דעבאַטע, דעם ערשטען אױף ענגליש און דעם צווײיטען אױף אידיש".

גאַרסײיד האָט אױף דער באַטרעפֿענדער פֿאַרזאַמלונג געשריען וועגען אַ באַלדינגער רעוואָלוציע, אָפּגעלאַכט פֿון שטים-קאַסטען און גערופֿען די אַרבייטער צו געברױיכען דינאַמיט געגען קאַפּיטאַל. איך בין געווען אױיפֿגעבראַכט פֿון דעם וואָס ער האָט אונזערע אידישע אַרבייטער צו אידיאָטסקע גוואַלט-טהאַטען, וועלכע קענען זײ נאָר אַרײינברענגען אין אַן אונגליק און העלפֿען נאָר די פֿאַברי-קאַנטען. דאָס אַלץ האָב איך אױסגעדריקט אין דער ענגלישער טײיל פֿון מײן רעדע. און איך האָב גאַרסײיד'ען „געטשעלענדזשד" צו קומען אױף אַ דעבאַטע מיט מיר.

דאָרטען, אין קופֿער יוניאָן, האָט ער געזאָגט, אַז ער נעהמט אָן, אָבער גלײיך נאָכדעם איז ער פֿאַרשוואואונדען פֿון ניו יאָרק, און מעהר האָט מען איהם ניט געזעהן. שפֿעטער האָבען זיך אַרום-געטראָגען קלאַנגען, אַז ער דינענט ערגעץ וואָו אַלם דעטעקטיוו.

לואים, וועמען איך האָב אױך אַרױיסגערופֿען, איז צו דער דעבאַטע יאָ געקומען.

זי האָט שטאַטגעפֿונען דעם 30טען סעפֿטעמבער אין קלאַרענ-דאָן האָל, אױף דער 13טער סטריט (צווישען דריטער און פֿערטער79עוועניו). דער באַריכט וועגען איהר איז אָפּגעדרוקט אין נומער 31 „אַרבייטער צייטונג" פֿון דעם ערשטען יאָהרגאַנג. ער איז אונ-טערגעשריבען „ר" (מיט אַן ענגלישען בוכשטאַב), און אױב איך האָב קײן טעות ניט, איז דער באַריכט געשריבען געוואָרען פֿון פֿיליפּ קראַנץ'ן, וועמעס אמת'ער נאָמען איז געווען ראָמבראָ.

דער באַריכט זאָגט: „לואים האָט קאַהאַנ'ען נאָכגעגעבען אַלע פּונקטען. עס איז געווען שווער צו זעהן אין וואָס ער גיט איהם ניט נאָך". דערבײ ווערט ערקלערט, אַז אין די פּונקטען, אין וועלכע לואים איז מיט מיר כלומרשט ניט אײינפֿאַרשטאַנען, האָט ער זיך אַזױ געפֿלאַנטערט, אַז עס איז שווער געווען צו פֿאַרשטעהען וואָס ער (לואים) זאָגט. דאַן באַמערקט דער באַריכט-שרײיבער דאָס פֿאָלגענדע:

„עס איז אַלזאָ קײן וואואונדער ניט, דאָס גענאָסע קאַהאַן האָט געזיגט אױף אַלע פּונקטען. קאַהאַן'ס שאַרפֿע קריטיק וואָר אײינענטליך ניט נױיטיג. עס האָט אױסגעזעהען ווי טױטען אַ פֿליג מיט אַ האַרמאַט".

בײ דער טיר פֿון דעם זאַל איז געשטאַנען דער באַריהמטער אַנאַרכיסטישער פֿיהרער יאָהאַן מאָסט. ער האָט געהערט אַ גרױיסע טײיל פֿון דער דעבאַטע (רײידען אידיש האָט ער ניט געקענט, אָבער געפֿינענדיג זיך שטענדיג צווישען אידען, האָט ער אונזער לשון פֿאַרשטאַנען. די שוועריגקײיטען, וואָס ער האָט דערבײ געהאַט זײינען ספֿעציעל פֿאַרגרינגערט געוואָרען דורך די פֿילע דײיטשע ווערטער און אױסדרוקען, וואָס מיר פֿלעגען געברױי-כען אין אונזער באַוועגונגס-שפֿראַך. אַ דעבאַטע וועגען סאָציאַליזם און אַנאַרכיזם איז איהם געוויס ניט שווער געווען צו פֿאַרשטעהן). לעבען מאָסט'ן, בײ דער טיר, איז געשטאַנען עמאַ גאָלדמאַן, וועלכע איז שפֿעטער געוואָרען באַקאַנט איבער דער גאַנצער וועלט, און אַ פֿאָר פֿון אונזערע גענאָסען. אױף מאָרגען האָבען דיזע גענאָסען איבערגעגעבען אַ קורצען געשפֿרעך צווישען מאָסט'ן און מיסס גאָלדמאַן, וועלכען זײ האָבען דאָרטען צוגעהערט אין דער צײיט ווען איך האָב געהאַט דאָס וואָרט.80— לעכערליך! אײיזעל-רײיד! — האָט מיסס גאָלדמאַן באַמערקט.

— ער איז שױן גאָרניט קײן אײיזעל, — האָט מאָסט איהר געענטפֿערט. ער ווײיס וואָס צו זאָגען און ער איז אַן אױיסגע-צײיכענטער דעבאַטאַנט *.

נאָך דער קאַהאַן-לואים דעבאַטע איז געוואָרען אַ שטיקעל מהומה צווישען די אַנאַרכיסטען. זײ האָבען זיך אָפֿגעטריײיסעלט פֿון די רעדעם, וואָס זײיער פֿיהרער האָט געהאַלטען אױף דער דעבאַטע. זײ זײינען ניט פֿאַראַנטוואָרטליך פֿאַר איהם, האָבען זײ ערקלעהרט, „ווײיל אַנאַרכיסטען גלױיבען איבערהױיפֿט ניט, אַז אײין מענש קען רעפֿרעזענטירען אַנדערע מענשען".

אין דעם 33טען נומער פֿון דעם ערשטען יאָהרגאַנג „אַרבייטער צייטונג" איז פֿאַראַן אַ „שטימע אױיס דעם פֿאָלק", מיט דער אונטערשריפֿט פֿון מ. זאַמעטקין. דער בריף איז געווענדעט צו די אַנאַרכיסטען. אַ טײיל פֿון דעם באַשטעהט פֿון די פֿאָלגענדע שורות:

„וואָס האָט איהר צו דעם געשלאָגענעם ר. לואים'ען? איז דען ניט גענוג וואָס ער האָט נעבעך זיך ניט געקענט אױיסדרעהען פֿון די אַלע פֿראַגען וואָס אַב. קאַהאַן האָט איהם געשטעלט? קומט איהר נאָך צוגעהן און באַלײידיגט איהם פֿאַר אַ גאַנצען פּובליקום! איהר שרײיבט אַז איהר, אַלם אַנאַרכיסטישע פֿאַרטי, פֿאַרלאָזט זיך ניט אױף אַ רעפֿרעזענטאַנט אין קײנער הינזיכט... ווען קאַהאַן וואָלט דורכגעפֿאַלען אין דער לעצטער דעבאַטע, וואָלט איהר אױך געזאָגט, אַז איהר פֿאַרלאָזט זיך ניט אױף רעפֿרעזענטאַנטען?"

אין דעמזעלבען נומער איז אָפֿגעדרוקט מילער'ס אַ טשעלענדזש81צו די אַנאַרכיסטען, אַז זײ זאָלען אױיסקלײיבען אימעצען מיט איהם צו דעבאַטירען. קײנער האָט זיך אָבער ניט אָפֿגערופֿען.

אַ היבשע צײיט איז בײ אונז אומגעגאַנגען אַ שפֿאַס-ווערטעל, וועלכען איך האָב צוזאַמענגעשטעלט: „אַנאַרכיסטען גלױיבען ניט אין קײן דעבאַטאַנטען, ווײיל זײ גלױיבען ניט אין רעפֿרעזענטאַנטען".

8
יום-כּפּור בעלער. — אַ שפֿאַס פֿון יעקב מילך. — מײיקעל שוואַב.

אין דעם אױיבען-דערמאָנטען נומער 29 פֿון דעם ערשטען יאָהרגאַנג געפֿינט זיך אױך מײנע אַ „שטימע אױיס דעם פֿאָלק", וועלכע ווײיזט ווי איך האָב זיך אין יענע יאָהרען פֿאַרהאַלטען צו אַזעלכע אַנטי-רעליגיעזע דעמאָנסטראַציעם, ווי יום-כּפּור בעלער. די דאָזיגע בעלער זײינען בײ אונזערע אַנאַרכיסטען דאַן געווען אין דער העכסטער מאָדע. אין דעם טאָג וועלכען אָרטאָדאָקסישע אידען האַלטען ספֿעציעל הײיליג, פֿלעגען זײ טײילען אַן אַנאַרכיס-טישע „תּפֿלה זכּה", וואָו זײ האָבען חוזק געמאַכט פֿון יום כּפּור און געשימפֿט דעם טאָג און דער אידישער רעליגיע אין אַלגעמײין. מיט די יום כּפּור בעלער האָבען זײ געפֿיהרט „פֿראָ-פֿאַגאַנדע דער טהאַט". זײ האָבען געמײינט אַז מיט דעם וואָס זײ לאַכען אָפּ פֿון דעם „פֿירכטערליכען טאָג", קלערען זײ אױף דעם עולם; אַז דאָס העלפֿט באַפֿרײיען איהם פֿון זײן אבערגלױיבען. די לעצטע ווערטער פֿון דער „תּפֿלה זכּה" זײינען געווען: „פּולווער און בּלײי מאַכען דעם מענשען פֿרײי". אַנשטאָט צו געהן אין שוהל, דאַרף מען געהן אױף באַריקאַדען מאַכען די סאָציאַלע רעוואָלוציע.

די פֿאָלגענדע שורות נעם איך אַרױים פֿון מײן אױיבען דער-מאָנטער „שטימע אױיס דעם פֿאָלק".

„פֿון די שרײיענדע „תּפֿלה זכּה'ס" און יום-כּפּור בעלער האַלט איך, ווי פֿון דער חלב'ענער ליכט, וואָס אַן אפּיקורס האָט אַמאָל געגעסען אום צו ווײיזען, אַז ער קען עסען טרפֿות. אױף דעם82טױיט-שטראָף פֿאַרבּיטען אױף לעבענס-לענגליכע געפֿענגניס) האָט פֿון פּריזאָן געשריבען צו זײנע פֿריינד, אַז ער האַלט פֿון שטים-קאַסטען און פֿון פּאָליטישער אַגיטאַציע.

דאָס איז אַרױיסגעשטעלט געוואָרען כּדי צו ווײיזען, אַז אַזאַ מאַרטירער, אַזאַ אמת'ער רעוואָלוציאָנער ווי מײיקעל שוואַב, גלױיבט אין אונזער טעאָריע און ניט אין דער אַנאַרכיסטישע. דיזען פֿאַקט האָבען מיר דאַן פֿיל אױיסגענוצט אױף דער פּלאַט-פֿאָרמע אױך.

לעזענדיג די אַלטע „אַרבייטער צייטונג" געפֿין איך אײיניגע טשיקאַווע זאַכען. צום בײישפֿיל: אין אַ באַריכט פֿון שיקאַגאָ, אונטער וועלכען עס איז אונטערגעשריבען פֿ. זיסמאַן און א. רײיבמאַן, לעז איך אַז די שיקאַגאָ'ער אידישע אַנאַרכיסטען האָבען אַרױיסגערופֿען די דאָרטיגע אידישע סאָציאַליסטען אױף אַ דעבאַטע און אַז דערבײ האָבען די אַנאַרכיסטען געפֿאָדערט, אַז דער טשערמאַן זאָל זײן אַן אַנאַרכיסט; און ווען די סאָציאַליסטען האָבען ערקלערט, אַז אױף אַ דעבאַטע קלײיבט מען געוועהנליך אױים אַן אונפּאַרטיאישען טשערמאַן, האָבען די אַנאַרכיסטען געענטפֿערט: „דער, וואָס איז ניט קײן אַנאַרכיסט, קען ניט זײן קײן עהרליכער מאַן. דעריבער מוז דער טשערמאַן זײן אַן אַנאַרכיסם".

די שטענדינע אַטאַקעם און צאַנקערײיען האָבען אונז ניט געשטערט הײיליג צו האַלטען דעם עלפֿטען נאָוועמבער, דעם טאָג ווען מען האָט אין שיקאַגאָ געהאַנגען די פֿיר אַנאַרכיסטען. אין דיזען טאָג פֿלעגען מיר יעדען יאָהר אָפּהאַלטען מיטינגען צו עהרען דעם אָנדענקען פֿון די מאַרטירער. אין נומער 37, צום בײישפֿיל, איז דער גאַנצער ערשטער קאָלום אױף דער ערשטער פֿײידזש פֿאַרנומען מיט אַן אַרטיקעל, וועלכער איז אין גאַנצען געזעצט מיט גרעסערע בוכשטאַבען ווי געוועהנליך, אונטער דעם איבערשריפֿט „דער עלפֿטער נאָוועמבער". דער אַרטיקעל טראָגט דעם אונטערשריפֿט פֿון ל. מילער.83מיר פֿלעגען די 11טען נאָוועמבער מיטינגען אָפּהאַלטען ניט צוזאַמען מיט די אַנאַרכיסטען, נאָר באַזונדער; און אבֿרהם ראָזענבערג דערצעהלט וועגען די פּאַיטס וואָס פֿלעגען פֿאָרקומען אין דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן איבער דער פֿראַגע, צו וועלכען פֿון די צווײי מיטינגען צו שיקען די פֿאָהן פֿון דער יוניאָן. געוועהנליך פֿלעגט מען שיקען צו בײידע.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 56] לױט די „עראינערונגען פֿון די קלאָוקמאכער און זײיערע יוניאָנס", פֿון א. ראָזענבערג, קומט אױס, אז דעם שעהנעם אָפֿים, אױסגעפֿירנישט „ווי א באַנק", האָט די יוניאָן אײַנגעפֿיהרט מיט מאָנאַטען שפּעטער, נאָך דעם גרױסען לאָקאָוט און סטרײיק. ווי ווײַט איך געדענק, איז דאָס געווען פֿאַר דעם לאָקאָוט, גלײַך נאָך דעם קלײַנעם סטרײיק.

[ז׳ 59] דעם נאָמען האָבען די אידישע אנארכיסטען גענומען בײַ זײיערע דײַטשע גענאָסען. ווי ס'איז שױן דערמאָנט געוואָרען אין פֿריהערדיגען באַנד, זײַנען פֿילע פֿון די אױסדרוקען אין באַצוג צו דער באַוועגונג, בײַ זײ אזױ גוט ווי בײַ אונז, גענומען געוואָרען פֿון דער דײַטשער שפּראַך.

[ז׳ 59] דער אברהם ראָזענבערג, וועגען וועלכען דאָ האַנדעלט זיך, איז דער זעלבער וועמעס „עראינערונגען" איך האָב אױבען דערמאָנט. ער האָט זײ געשריבען אונגעפֿעהר מיט דרײַסיג יאָהר שפּעטער. זײַנע באהױפּטונגען און מײנונגען זײַנען אָפֿט באפֿאַרבט מיט זײַן פּאַרטײיאישען שטאַנדפּונקט; און ער רעדט אײיגענטליך אָפֿען אלס פּאַרטײי-מענש. דיזער גײַסט לאָזט זיך בײַ איהם פֿיהלען, מעהר אָדער ווייניגער, כמעט דורך דעם גאַנצען בוך. טײלווײַז דורך דעם און טײלווײַז סתם דורך מעות'ן, האָט זײַן ווערק א סך פֿעהלערען. עס האָט אָבער אױך גרױסע מעלות. געשריבען איז עס — טראָץ אַלע ניט-ריכטיגקייטען און רױהקייטען — זעהר אינטערעסאַנט. אין זײַן הקדמה זאָגט ראָזענבערג, אַז ער שטעלט זיך ניט אַרױס פֿאַר קײן פּראָפֿעסיאָנעלען שרײַבער. זײַנע שילדערונגען זײַנען אָבער אָפֿט אַזעלכע, אַז מאַנכע פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער וואָלטען איהם געדאַרפֿט מקנא זײַן. פֿילע שטעלען זײַנען פֿאַרבען-פֿול און בע'טעמ'ט מיט הומאָר. ער גיט אונז לעבעדיגע פֿאַרטרעטען און לעבעדיגע סצענעס. אין סך הכל, אַלס מאַטעריאַל פֿאַר אַ צוקונפֿטיגען היסטאָריקער, איז דאָס אַ העכסט ווערטפֿאַלע ווערק. דר. לואיס לעווין'ס ענגלישע געשיכטע פֿון די קלאָוק-מאַכער יוניאָנס, „די וואומענס גאַרמענט וואירקערס", האָט די חסרונות פֿון ראָזענבערג'ס „עראינערונגען", אָהן זייערע מעלות. דר. לעווין האָט זיך בענוצט מיט ראָזענבערג'ס ווערק און האָט אויך אָנגעזאַמעלט פֿילע איינצעלהייטען פֿון פֿאַרשידענע צייטונגען און אַנדערע קוואַלען. זיין מאַטעריאַל איז אָבער צו אָפֿט פֿון אַן איינזייטיגען כאַראַקטער, און מען קען זעהן אַז דער שרייבער איז מיט דעם געגענשטאַנד ניט גרינדליך באַקאַנט, אָדער אַז ער האָט מיספֿאַרשטענדענישען וועגען איהם. איינינגע פֿון די וויכטיגסטע פֿונקטען זיינען ביי איהם דורכגעלאָזען, איינפֿאַך ווייל ער האָט ניט געוואוסט פֿון זיי. וועגען מאַנכע פֿון די פֿאַסירונגען אָדער סיטואַציעס באַקומט דער לעזער פֿון זיין ווערק ענטוועדער גאָר קיין באַגריף ניט, אָדער אַ פֿאַלשען באַגריף. דאָך, מייסטע פֿון די פֿאַקטען זיינען ביי איהם ריכטיג, און דאַטומס און אַנדערע ציפֿער גיט ער אַ סך מעהר ווי ראָזענבערג, און אָפֿט, ווען ביידע גיבען אַ ציפֿער, איז לעווין'ס פֿינקטליכער. דר. לעווין'ס אבזיכט איז געווען אַ גוטער. נאָר ער האָט פּשוט ניט געהאַט גענוג פֿון דעם ריכטיגען מאַטעריאַל פֿאַר זיך. וועגען די קלאָוק-מאַכער שרייבט אויך הערץ בורגין אין זיין „געשיכטע פֿון דער אידישער אַרבייטער באַוועגונג". דיזע ווערק איז אַן אונפּאַרטייאישע. אַזוי ווי אָבער זי באַשעפֿטיגט זיך מיט אַלע יוניאָנס, קען זי די קלאָוק-מאַכער אָפּגעבען נאָר אַ באַשרענקטען פּלאַץ. אַלס הילף פֿאַר אַ היסטאָריקער פֿון דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן זיינען אַלע דריי ווערק נוצליך.

[ז׳ 68] אין צווייטען באַנד איז שױן דערצעהלט געוואָרען, אַז ווען די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי האָט אים „געסעקט" אַלם שווינדלער, איז ער אַוועק צו יאַהאַן מאָסט'ען און זיך איהם פֿאָרגעשטעלט אַלם קרבן פון אונזערע פאַרפֿאָלגונגען דערפֿאַר וואָס ער האַלט „רעוואָלוציאָנערע" רעדעם. די מעשה מיט דער בריטווע האָט ער נאַטירליך געלייקענט. און מאָסט איז געווען אַזױ ווייניג ערפֿאַהרען אין פּראַקטישען לעבען, אַפּט אַזױ קינדעריש נאַאיוו, און זיין פּאַרטייאישער האָס האָט איהם אַזױ גע-בּרענט, אַז ער האָט איהם געגלױבט.

[ז׳ 80] מיט יאָהרען שפֿעטער, ווען איך האָב זיך מיט איהם געטראָפֿען אַ פֿאָר מאָל אַלס פֿריינד, האָט ער מיר דערמאָנט וועגען יענער דעבאַטע. ער האָט מײן אידישע רעדע גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, האָט ער געזאָגט, און הגם ער איז דאַן אױף מיר געווען פּלאַם-פֿײער, האָט ער דאָך, ניט ווילענדיג, צוגעגעבען, אַז איך האָב דעם ענין באַהאַנדעלט „אינטערע-סאַנט און פֿעהיג" (אונזער געשפֿרעך איז פֿאָרגעקומען אױף ענגליש).