84די „אַרבייטער צייטונג" איז געגרינדעט געוואָרען אין מערץ 1890. דעם נעקסטען ווינטער, נאָהענט צו קריסטמעס, האָב איך באַקומען אן איינלאַדונג צו קומען אין שיקאַגאָ. מיט אַ קורצער צייט פריהער האָט זיך דאָרטען געגרינדעט אַ „אידישע סעקציאָן פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי". עס איז דאָרטען אויך געווען אַ אידישע קלאָוקמאַכער יוניאָן. דער וואָנש איז געווען, אַז איך זאָל אין שיקאַגאָ פֿאַרבלייבען צוויי-דריי וואָכען, האַלטען עטליכע לעקטשורס, רעדען אויף מאַס-מיטינגען און העלפֿען אָרגאַניזירען די אידישע מענער שניידער.
איך בין נאָך פריהער קיינמאָל אין שיקאַגאָ ניט געווען. זינט מיר האָבען געגרינדעט די „אַרבייטער צייטונג" בין איך אָפט געווען אין פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, וואָטערבערי, האַרטפֿאָרד, ניו הייוון. אין אַלע דיזע שטעדט האָבען מיר געהאַט „סעקציאָנען" און איך פֿלעג אַהין קומען אויף לעקטשורס. ווייטער „וועסט" אָבער בין איך נאָך קיינמאָל ניט געפֿאָהרען. שיקאַגאָ איז דאַן שוין געווען די צווייטע גרעסטע שטאָדט אין לאַנד. איך בין נייגעריג געווען אַ קוק צו טאָן ווי זי זעהט אויס און איבערהויפֿט באַקאַנט צו ווערען מיט דער „מידל וועסט". אַזוא, האָב איך די איינלאַדונג אָנגענומען מיט פֿרייד.
פֿון אַזוי לוקסום ווי אַ סליפּינג קאַר האָט מען נאָך דאַן בײ אונז אין דער באַוועגונג ניט געוואוסט. נאָך מעהר: אום עם85זאָל קאָסטען וואָס ווייניגער, האָב איך אויסגעקליבען די ביליגסטע און לאַנגזאַמסטע ליין, וואָס איז דאַן געגאַנגען פֿון ניו יאָרק קיין שיקאַגאָ — די וועסט שאָר ליין, וועלכע געהט אָפּ פֿון האָבאָקען. די רייזע האָט געדויערט דרייסיג שטונדען. אין דיזע דרייסיג שטונדען האָב איך קיין אויג ניט צוגעמאַכט.
דיזע רייזע איז בײ מיר געווען אַ גרויסע פּאַסירונג. דעריבער געדענק איך איהר מיט אַלערליי איינצעלהייטען. איך געדענק, למשל, אַ יונגען אַמעריקאַנער, וועלכער איז געזעסען לעבען מיר פֿון האָבאָקען ביז באָפֿאַלאָ. איך האָב מיט איהם פֿאַרצויגען אַ געשפּרעך. אָבער וועגען וואָס איך האָב מיט איהם ניט געפּרוֹפֿט רעדען, האָט איהם ניט אינטערעסירט און וועגען וואָס ער האָט מיט מיר ניט געפּרוֹפֿט רעדען האָט מיר ניט אינטערעסירט. ער האָט אַלץ געשמועסט וועגען ביזנעס, הויפּטזעכליך וועגען לאָמבער. ענדליך האָב איך זיך אַרומגעזעהן, אז עס דאַרף מיר יאָ אינטערעסירען. עס איז אַ שטיק לעבען און דאָס לעבען איז אימער אינטערעסאַנט. דאַן האָב איך זיך גענומען צוהערען מיט אויפֿמערקזאַמקייט. אָבער דאָס רוב אַמעריקאַנער רעדען ניט קיין סך, סיידען איהר שטעלט זיי צוערשט פֿראַגען. האָב איך איהם געמוזט שטעלען אזעלכע פֿראַגען, אויף וועלכע ער זאָל קענען ענטפֿערען און וועלען ענטפֿערען. איך האָב איהם געפֿרעגט וועגען פֿאַרשידענע אָפּטיילונגען פֿון דער לאָמבער ביזנעס. אזוי האָבען מיר זיך צורעדט, און דאַן איז שוין לייכטער געווען איבערצוגעהן צו אַנדערע ענינים — צו דעם לעבען אין באָפֿאַלאָ, צום טעאַטער, צו דעם אונטערשיד צווישען די באָפֿאַלאָ'ער צייטונגען און די ניו יאָרקער צייטונגען. ער האָט בײ מיר געפֿרעגט וועגען רוסלאַנד, אָבער ווידער וועגען לאָמבער — וואָס פֿאַר אַ געהילץ וואַקסט דאָרטען? און וואָס פֿאַר אַ ביזנעס מאַכט מען מיט דעם? זאָגען איהם, אז איך ווייס ניט, און אז דאָס ביסעל וואָס איך האָב וועגען רוסלאַנד'ס געהילץ געלערענט אין אַ ספּעציעלען לעהר-בוך איבער רוסישער געאָגראַפֿיע, אין דעם דריטען קלאַס פֿון דעם ווילנער אינסטיטוט, האָב איך אויך פֿאַרגעסען — דאָס מודה זיין האָב איך ניט געוואָלט. האָב איך געפּרוֹפֿט דרעהען זיך. ענדליך, פֿון פֿאַרצווייפֿלונג, בין איך געפֿאַלען אויף אַ פּלאַן: דערצעהלען איהם86וועגען די געהיימניסען פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, וועגען דער אונטערערדישער רוסלאַנד. דאָס דאַרף אן אַמעריקאַנער ספּאָרט נעמען, האָב איך זיך געטראַכט. און איך האָב טאַקע געטראָפֿען. ער האָט זיך צוגעהערט ווי אַ פֿאַרגאַפֿטער.
מיר זיינען געוואָרען אזוי באַפֿריינדעט, אז ער האָט זיך שוין אַוועקגעלאָזען מיר דערצעהלען אינטימע זאַכען וועגען זיין אייגענעם לעבען אויך.
פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט ער קיין באַגריף ניט געהאַט. ער האָט איבערהויפּט ניט געקענט קיין אידען. אין די קלענערע אַמעריקאַנער שטעדט איז אַ איד דאַן געווען אַ זעלטענהייט.
איך געדענק אויך דעם בײ, וואָס האָט אויף דער טריין פֿאַרקויפֿט אָראַנדזשעס, עפּעל און קענדי. איך געדענק זיין שטימע, איך געדענק זיין פֿיגור, אָבער זיין געזיכט ניט.
איך געדענק דעם אַלגעמיינעם איינדרוק וואָס עס האָט אויף מיר געמאַכט די קאַר מיט די דונקעל-רויטע פּלושענע סיטס, מיט די סצענעס, וואָס האָבען זיך געזעהן דורך די פֿענסטערלעך. איך געדענק די עלענדקייט, וואָס איך האָב געפֿיהלט, ווען איך האָב זיך געפֿונען אַ היבשען וועג פֿון ניו יאָרק. איך געדענק ווי אַלץ האָט מיר אויסגעזעהן פֿרעמד; דיזע 30 שטונדען האָבען אויף מיר געמאַכט כמעט אזא טיפֿען איינדרוק ווי מיין רייזע איבער'ן ים ווען איך בין געפֿאָהרען קיין אַמעריקא. אָפּגעווען אכט און אַ האַלב יאָהר אין אַמעריקא, און פּלוצלינג זיך ווידער דערפֿיהלט ווי אַ גרינער. איך האָב געבענקט — ניט נאָך ווילנא, נאָר נאָך ניו יאָרק.
ווען איך בין געקומען קיין שיקאַגאָ, האָט די שטאָדט אויף מיר געמאַכט אן אונאָנגענעהמען איינדרוק.
אַ זעהר רויכיגע שטאָדט איז זי דאַן געווען. מען האָט געשלונגען רויך און געשפּינען מיט רויך.87אין מיין זכרון איז פֿאַרבליבען אַ שטאָדט פֿון וואָקזאַלען, מיט בלאָטיקע טריין-יאַרדס, מיט אונצעהלבאַרע, רויך-שיסענדע טריינס, און גאַסען אָהן אן ענד און אָהן אַ צאָהל, פֿאַרבויט דאָס רוב מיט הילצערנע הייזער און מיט הילצערנע סיידוואָקס. די סיידוואָקס זיינען געווען הויך איבער דער סטריט. מען האָט די גאַסען געדאַרפֿט ענדערען, האָט מען די סיידוואָקס דערצו געמוזט אויפֿהויבען. פֿון סטריט איז מען אויף זיי אַרויף איבער צוויי אָדער דריי טרעפּעלעך. פֿון אונטער די דאָזיגע סיידוואָקס פֿלעגען אָפט אַרויסקוקען גרויסע מייז אָדער ראַטען. אזוי איז דאַן געווען דער אידישער קוואַרטאַל און אזוי איז געווען מעהר ווי דריי פֿערטעל פֿון שיקאַגאָ.
די וויכטיגסטע טיילען פֿון שטאָדט, די „ביזנעס סעקשאָן", איז געווען גאַנץ אַנדערש. שיקאַגאָ האָט שוין דאַן געהאַט עטליכע ריזיגע סקאַי-סקרייפּערס, און אַ פֿאָר פֿון זיי זיינען געווען ווי די דאַמאָלסדיגע העכסטע בילדינגס פֿון ניו יאָרק.
אין די דאָזיגע ביזנעס סטריטען איז דער געדראַנג און קאַר געווען כמעט אזוי גרויס ווי אין ניו יאָרק. אָבער אפֿילו דאָרטען האָט שטאַרק געשמעקט מיט רויך. ווען איהר האָט אָנגעטאָן אַ ווייסען קראַגען איז ער אין אַ שטונדע אַרום שוואַרץ געוואָרען.
די שטאָדט איז געווען אונגעהייער גרויס — ניי און ריזיג גרויס. זי האָט זיך פֿאַרנומען אויף פֿילע מיילען אין דער לענג און אין דער ברייט; און אַ גרויסע טייל פֿון דעם איז נאָך גאָר ניט געווען פֿאַרבויט. ווען איהר זייט אַוועק ווייטלעך פֿון צענטער, זייט איהר געפֿאָהרען אויף אַ קאַר צעהנדליגער און צעהנדליגער בלאָק און קיין הייזער ניט געזעהן. אַלץ איז געווען פֿאַנאַנדערגעטיילט אויף עוועניוס און סטריטען, מיט סטריט-נומערען אָדער סטריט נעמען אויף די קאָרנערס, אָבער זעלטען-וואו איז געשטאַנען אַ הויז. נאָר סטריט סיינס מיט סטריט לאַנטערנעם און ריעל עסטייט סיינס אָהן אַ שיעור.
אַ גרויסער טייל פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען האָט זיך דאַן ערשט געהאַלטען אין אויפֿבויען; און שיקאַגאָ, הגם זי איז שוין געווען די צווייטע גרעסטע שטאָדט אין לאַנד, איז געווען אַ מוסטער פֿון די דאַמאָלסדיגע האַלב-פֿאַרטיגע שטעדט. אַמעריקא88איז געבויט געוואָרען האַסטיג; צעהנדליגער גרויסע שטעדט זיינען אויסגעוואַקסען כמעט איבער נאַכט. דאָס איז איינע פֿון די זאַכען אין וועלכע אַמעריקא איז גאַנץ אַנדערש ווי אייראָפּא; אין דיזער באַציהונג האָב איך אין שיקאַגאָ געפֿונען דעם עכטען אַמעריקאַנער גייסט, די ריזיגע אַמעריקאַנער בריה'שקייט.
שיקאַגאָ האָט דאַן געהאַט אַ מיליאָן-מיט-צוויי-הונדערט-טויזענט איינוואוינער. ניו יאָרק האָט געהאַט מעהר, אָבער ניט קיין סך מעהר. ברוקלין און די אַנדערע טיילען פֿון לאָנג-איילענד און סטעטען אַיילענד זיינען נאָך דאַן צו ניו יאָרק סיטי ניט געווען צוגערעכענט. וועגען אַ „גרעיטער ניו יאָרק" האָט מען נאָך דאַן נאָר געטרוימט. דער אונטערשיד צווישען ניו יאָרק און שיקאַגאָ, אין דער גרויס פֿון דער באַפֿעלקערונג, איז דעריבער געווען אַ פֿיל קלענערער ווי איצט. די פּאָליטישענס פֿון שיקאַגאָ האָבען געלאָזט וויסען דער וועלט, אז שיקאַגאָ איז אזוי גרויס ווי ניו יאָרק. זיי האָבען צוגעלייגט ציפֿער, כדי זייער באַפֿעלקערונג זאָל אויסקומען גרעסער ווי אין אמת'ן. און וועגען דער צוקונפֿט זיינען זיי געווען זיכער (אזוי ווייניגסטענס האָבען זיי געשריבען), אז שיקאַגאָ וועט איבעריאַגען ניו יאָרק און וועט זיין די גרעסטע און וויכטיגסטע שטאָדט אין אַמעריקא.
אין דער ערשטער קאָרעספּאָנדענץ, וואָס איך האָב צוגעשיקט פֿון שיקאַגאָ צו דער „אַרבייטער צייטונג", האָב איך באַשריבען ווי די שטאָדט וויזט אויס. די קאָרעספּאָנדענץ געפֿינט זיך אין נומער 1 פֿון דעם צווייטען יאָהרגאַנג (פֿון ערשטען יאַנואַר, 1891).
וועגען דעם אידישען קוואַרטאַל ענטהאַלט יענע קאָרעספּאָנדענץ די פֿאָלגענדע שורות:
„די גאַסען זיינען אזוי ברייט און אזוי דורכגעצייכענט מיט דעם סליאַד פֿון רעדער אין די בלאָטעס, אז זיי וויזען אויס ווי די גרויסע וועגען, וואָס ציהען זיך דורך אַ קליין שטעדטעל אין ליטא. קיין שטיינערנער ברוק איז ניטאָ, און די הילצערנע פֿלאַסטערונג איז צוגעדעקט מיט גרײכטע אויסגעקנאָטענע89בלאָטע. די סיידוואָקס זיינען גרויסען, ברייטע, הילצערנע, האַלב-צובראָכענע ווי אין אַ אויזדנער רוסישער שטעדטעל. די הייזער, דאָס רוב הילצערנע, נידעריגע, ווייט איינע פֿון די אַנדערע און אין מיטען פֿון זומפּיגע בלאָטעס, אין וועלכע עס שטעהען וועגען אָהן פֿערד אָדער פֿערד אָהן וועגען.
„אָט אזוי קוקט אויס ווייניגסטענס פֿיר-פֿינפֿטעל פֿון דער משונה'דיגער שטאָדט. אָבער אָפּט זעהט איהר ווי מען רייסט אַרונטער אַ נייע הילצערנע כאַלופּקע אום אויסצובויען אויף איהר אָרט אַ פֿינף-עטאַזשיגען מויער, אזא ווי דער וואָס איז ניט לאַנג אויסגעבויט געוואָרען אויף דעם נעקסטען בלאָק...
„פֿאָרלויפֿיג ווייזט די שטאָדט אויס ווי אַ לאַגער, אין וועלכען מען האָט אויף דערווייל צונויפֿגעקלאַפּט הילצערנע כאַלופּקעס, אויף צו וואוינען... און מיט דער צייט וועלען זיי דאָס אַלץ אַראָפּשליידערען און אויעקשטעלען גרויסע פֿינסטערע און ענגע טענעמענטס, ווי עס פּאַסט זיך פֿאַר אַ גרויסער קאַפּיטאַליסטישער שטאָדט".
90היינט ווען אידישע סאָציאַליסטען לאַדען איין אַ רעדנער, גרייט מען פֿאַר איהם אָן אַ צימער אין אַ גוטען האָטעל, אָפּט אין דעם בעסטען וואָס די שטאָדט פֿאַרמאָגט. אָבער ווען מען פֿאָהרט פֿון ניו יאָרק קיין שיקאַגאָ אָהן אַ סליפּינג-קאַר, קען שוין פֿון קיין טייערע האָטעלען קיין רייד ניט זיין. די גענאָסען האָבען פֿאַר מיר אָנגעגרייט אַ צימער בײ אַ יעליסאַוועטגראַדער פֿאַמיליע, וואו איינער פֿון אונזערע טעטיגע מעמבערס איז געווען אַ באָרדער און אַ חתן. דער פֿאָטער פֿון דער פֿאַמיליע איז געווען אַ פֿידעל-שפּילער און די כּלה פֿון אונזער גענאָסע האָט אויך געשפּילט פֿידעל. איהר אַ ברודער און אַ שוועסטער האָבען געשפּילט אויף אַנדערע אינסטרומענטען. אין אַוונט פֿלעגט די גאַנצע משפּחה שפּילען צוזאַמען אַלס אָרקעסטער.
די הויז האָט זיך געפֿונען לעבען דעם קאָרנער פֿון וועסט 12טע און האָלסטעד סטריט. דערבי איז געשטאַנען אַ קליינע טשוירטש; און עד היום, ווען איך דערמאָן זיך אָן יענעם שיקאַגאָ'ער ווייזט מיינעם, קלינגען מיר אין די אויערען די גלאָקען, וועלכע איך פֿלעג הערען יעדען אין דער פֿריה.
די פֿיהרער פֿון דער אידישער „סעקציאָן" זיינען געווען פּיטער זיסמאַן און אברהם ביזנאָ. זיי און זייערע נאָהענטע חברים זיינען געווען די וויכטיגסטע און טעטיגסטע מיטגלידער אי פֿון דער קלאָוק מאַכער יוניאָן, אי פֿון דער סאָציאַליסטישער סעקציאָן. מען דאַרף אָבער צוריקכענען אויך דעם נאָמען גאָלדשטיין. אזוי האָט געהייסען אַ מיטגליד, וועלכער איז ניט געווען קיין קלאָוקמאַכער, נאָר אן אינשורענס אגענט. ער איז געווען דער סעקרעטער פֿון דער סעקציאָן.
די בולט'סטע פּערזענליכקייט צווישען זיי איז געווען פּיטער זיסמאַן, אַ שעהנער יונגערמאַן פֿון אַ יאָהר 22, מיט שוואַרצע האָר, מיט אינטעליגענטע אויגען, מיט אן אַלגעמיינעם אויסזעהן פֿון אן אינטערעסאַנטען יונגען איטאַליענער. קיין איטאַליענער91ניזאַציעם. די סאָציאליסטישע אידישע סעקציאן איז געווען א מין גייסטיגער קלוב פֿון דער קלאוקמאַכער יוניאָן.
אין דעם קלאוק טרייד איז דאן ניט געווען „ביזי", פֿלעגט זיסמאַן מיט מיר פֿאַרברענגען גאַנצענע טעג. ער איז מיר זעהר געפֿעלען געווען. דאָס איז געווען א פֿעהיגער יונגער-מאַן מיט א פֿיינער לאָגיק, קלאָהר ווי קרישטאָל, און אַן עהרליכער, א ווערים-האַרציגער, אָנגענעהמער מענש דערצו. קלוג, אָהן כיטרעקייט, אָהן קונצען, אָהן הינטער-פֿיסלעך.
אָט איז דער באַריכט, וועלכער איז צוגעשיקט געוואָרען פֿון אונזערע שיקאַגאָ'ער גענאָסען צו דער „אַרבייטער צייטונג" וועגען די מיטינגען, וואָס איך האָב דאָרטען אדרעסירט, און וועלכער איז אָפּגעדרוקט געוואָרען דעם 2טען יאַנואַר, 1891:
„עס איז א נייער לעבען אריין אין אידישען קוואַרטאַל. וואָס א מיטינג, אַלץ מעהר פֿובליקום און אַלץ מעהר באַגייסטערונג. שיקאַגאָ האָט נאָך אזעלכע אידישע פֿאַרזאַמלונגען ניט געזעהן. די לעצטע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער סעקציאן האָט שטאַטגעפֿונגען אין גרויסען זאַל פֿון מעטראָפֿאָליטאָן האָל. העכער ווי צוויי שטונדען האָט אב. קאהאן געהאַלטען די גרויסע מאַסע מענשען אין אונאויסדריקליכער באַגייסטערונג. דעם ענטוזיאַזם איז ניט צו באַשרייבען. שטורמישע אַפּלאָדיסמענטען און יובל געשרייען האָבען אַלע ווי-ויל'ע פֿאַרהילכט דעם האָל. די פֿייערדיגע, וויציגע רעדע אויף דער טעמע „וואָס ווילען מיר?" האָט אין די געדאַנקען און אין די הערצער פֿון די פֿאַרזאַמעלטע פֿאַרזייט פֿרוכטבאַרע סאָציאליסטישע קערנער.
„אויסער דיזען מיטינג האָלט גענאָסע קאהאן וויסענשאַפֿטליכע פֿאָרטרעגע. פֿילע אינטעליגענטע מענשען באַזוכען די מיטינגען און דער אינטערעס אין סאָציאליזם וואַקסט. נעקסטען דינסטאָג וועט גענאָסע אב. קאהאן שפֿרעכען איבער דער טעמע „דער וויסענשאַפֿטליכער סאָציאליזמום אלס א פֿילאָזאָפֿיע איבער דער געשיכטע דער מענשהייט".
די שיקאַגאָ'ער קלאָוק מאַכער זיינען געווען גוט אָרגאַניזירט.92די דאָרטיגע שניידער האָב איך אָרגאַניזירט אין פֿאַרלויף פֿון די צוויי-דריי וואָכען, וואָס איך האָב דאָרטען פֿאַרבראַכט. די מיטינגען זיינען צוזאַמענגערופֿען געוואָרען פֿון די סאָציאליסטען און פֿון די מעמבערס פֿון דער קלאוק מאַכער יוניאָן.
א חוץ די קאָרעספֿאָנדענציעם, וואָס איך האָב געשיקט פֿון שיקאַגאָ פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" האָב איך פֿון דאָרטען צוגעשיקט מיינע געוועהנליכע וועכענטליכע אַרטיקלען: „די סדרה", די אַרטיקלען וועגען פֿעלקער און אַנדערע אַרטיקלען.
די אינטעליגענטע רוסיש-אידישע פֿאַמיליעם האָבען אין שיקאַגאָ דאן געוואואינט אין א באַזונדערען געגענד, ניט אין דעם גרויסען אידישען קוואַרטאַל. אין מיין ערשטער שיקאַגאָ'ער קאָרעספֿאָנדענץ געפֿינט זיך א באַמערקונג, אז די מעמבערס פֿון דיזע פֿאַמיליען אַרבייטען ביי נעקטיים, וועלכע זיי מאַכען ביי זיך אין דער היים, און אז זיי לעזען רוסישע ביכער, וועלכע זיי באַקומען אין דער שטאָדט ביבליאָטעק. די פֿאָטערס האָבען געאַרבייט אין פֿעקטאָריס, אָדער גאָר קיין באַשעפֿטיגונג ניט געהאַט. דאָס רוב האָט די פֿאַמיליע געלעבט פֿון דעם, וואָס די קינדער האָבען פֿאַרדינט.
פֿיטער זיסמאַן האָט מיך באַקאַנט געמאַכט מיט אייניגע פֿון דיזע פֿאַמיליען, און ער האָט מיך גענומען אויף זייער „ניו-יאיר'ס באָל". דיזען באַל האָב איך באַשריבען אין מיין צווייטען בריף פֿון שיקאַגאָ צו דער „אַרבייטער צייטונג".
„מיר, רוסישע אינטעליגענטען פֿון ניו יאָרק, האָבען געהאַט פֿיל גרעסערע ניי-יאָהר בעלער. דערפֿאַר אָבער איז דער שיקאַגאָ'ער באָל געווען א מאָסקאַראַד און צו אזא מדרגה זיינען מיר אין ניו יאָרק נאָך ניט דערגאַנגען", — באַמערק איך אין מיין קאָרעספֿאָנדענץ, האַלב אין שפֿאַס. די רוסישע קאָלאָניע93פֿון שיקאַגאָ איז געווען קלענער ווי אין ניו יאָרק; דעריבער האָבען איהרע מיטגלידער געלעבט נעהענטער אייגער מיט דעם אנדערען.
די רענט איז אין שיקאַגאָ דאן געווען פֿיל ביליגער ווי אין ניו יאָרק. אלזאָ, האָבען זיי געהאַט מעהר רומס און גרעסערע. דאָס האָט געמאַכט מעגליך א גרעסערע גאַסט-פֿריינדליבקייט (אזוי ווי אין א קליין שטעדטעל). דיזע גאַסט-פֿריינדליכקייט איז אייגער פֿון די שטריכען פֿון דעם דאַמאָלסדיגען שיקאַגאָ'ער לעבען, וואָס האָבען זיך מיר געוואָרפֿען אין די אויגען.
פֿון מיינע וויזיטען ביי די רוסיש אידישע פֿאַמיליעם איז אין מיין זכרון בולט פֿאַרבליבען די פֿאָלגענדע סצענע, וועלכע איז שייך צו מיר פֿערזענליך. איך און פֿיטער זיסמאַן און א פֿאָר אנדערע פֿון די גענאָסען זיינען געווען צו גאַסט ביי איינעם א סאָלאָמאָן, אַן עלטערער מענש, א בעל-הבת'ישער איד פֿון דער היים, וועלכער האָט אין שיקאַגאָ אויך געוואואינט ווי א היימישער בעל-הבית. עס איז געווען שבת-צו-נאַכט און מיר זיינען געזעסען, געטרונקען טהיי פֿון סאַמאָוואַר און געשמועסט פֿונקט ווי אין א מאָהילעוו אָדער א וויטעבסק. אין מיטען פֿון אונזער געשפֿרעך קומט אריין דעם בעל-הבית'ס זוהן און זאָגט צו מיר:
„מיסטער קאהאן, דאָ איז פֿאַרהאַן איינער, א באַקאַנטער אונזערער, וואָס וואָלט מיט אייך זעהר וועלען זיך באַקענען. ער איז א גוטער העברעער, אַן אינטעליגענטער מענש, און ער לעזט די „אַרבייטער צייטונג". ער וויל מיט אייך באַקאַנט ווערען. ער איז אָבער א קויהלען-מאַן און ער איז אינגאַנצען אויסגעשמירט אין קוילען און שמוץ, שעהמט ער זיך אריינצוקומען".
איך האָב געבעטען מען זאָל דעם קויהלען-מאַן זאָגען, אז ער זאָל זיך ניט שעהמען און אריינקומען.
אין א מינוט ארום האָט זיך באוויזען א איד אין די מיטעלע יאָהרען, מיט א באָרד, איגגאַנצען אַן איינגעריכטער אין שווארצען אזוי ווי א היימישער קוימען-קעהרער. ער האָט זיך אפֿגעשטעלט אויפֿ'ן שוועל פֿון זאַל, מיט א שמייכעל מיך באַקוקט94פֿון קאָפֿ ביז די פֿיס און געזאָגט: „דאָס איז דאָס דער פֿראָלעטאַרישקער מגיד? טפֿו, זאָל דאָס ווערען! איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט עפֿעס א אידען, מיט א גרויסער, שוואַרצער באָרד, מיט גרויסע, קיילעכדיגע, פֿאַרשייטע אויגען. ערשט גאָר א יונגער מאַן, שיער ניט א בָּאיטשיק, עפֿעס א גימנאַזיסטעל פֿון דער היים. ווי געפֿעלט אייך אזא מגיד?" (איך בין שוין דאן אלט געווען איבער דרייסיג יאָהר. אָבער, ווי איך האָב שוין באַמערקט, האָב איך אויסגעזעהן א סך אינגער).
מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען. ער איז געווען א גאַנץ אינטערעסאַנטער מענש.
אין שיקאַגאָ האָב איך געהאַלטען א פֿאָר ענגלישע לעקטשורס. אונזער פֿאַרטיי האָט דאָרטען דאן געהאַט א היבשען אמעריקאַנער ברענטש. איהר פֿיהרער איז געווען א סאָציאליסט מיט'ן נאָמען טהאָמאַס מאָרגאַן, איינער פֿון די באַקאַנטסטע פֿערזענליכקייטען צווישען די שיקאַגאָ'ער ראַדיקאַלען. ער איז געווען אַן ענגלענדער, אָבער ניט מיט דעם געוועהנליכען ענגלישען טעמפֿעראַמענט. א פֿעהיגער פֿאָלקס-מענש מיט פֿעפֿערדיגען הומאָר אין זיינע רעדעם.
דער עולם פֿאַר וועלכען איך האָב גערעדט איז באַשטאַנען הויפֿטזעכליך פֿון עלטערע אמעריקאַנער, מענער און פֿרויען. מיין ערשטע טעמא איז געווען „דאַרוויניזם און סאָציאליזם". דיזען ענין האָב איך אויסגעקליבען פֿאַר פֿילע פֿון מיינע אמעריקאַנישע לעקטשורס אין יענער צייט. די אורזאַכע דערפֿון איז ערקלערט געוואָרען אין דעם צווייטען באַנד. דער געוועהנליכער אמעריקאַנישער אַרגומענט גענען סאָציאליזם איז באַשטאַנען אין דעם דאָס די נאַטור איז פֿול מיט קאַמפֿ, און אז דער סאָציאליזם, וועלכער וויל אָפּשאַפֿען קאָנקורענץ, קאַמפֿ, איז אַן אוננאַטירליכע זאַך, גענען דעם דאַרוויניזם. פֿלעג איך אין די דאָזיגע לעקטשורס ערקלערען דעם עיקר פֿון דאַרוויניזם און מיט פֿילע ביישפֿילען, מאַקע פֿון דאַרווין'ס ווערק, באַווייזען אז דער קאַמפֿ פֿאַר עקזיסטענץ איז אין דער נאַטור אָפֿט פֿאַרבונדען מיט פֿאַראייניגונג95— אז אייניגקייט איז איינע פֿון די וואָפֿען אין דעם נאַטירליכען קאַמפֿ. די לעקטשור האָט אין שיקאַגאָ, אזוי ווי אין אנדערע שטעדט, געהאַט א גרויסען ערפֿאָלג.
די פֿאָפֿולאַריטעט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" האָט זיך העל אויסגעדריקט ביי איהר ערשטען יאהרעס-פֿעסט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען ארום זעקס וואָכען נאָך מיין קומען צוריק פֿון שיקאַגאָ. דער יום טוב איז געווען אין קופֿער יוניאָן און דער קראָוד איז געווען אזוי גרויס, אז ער האָט געצוויגען די אויפֿמערקזאמקייט פֿון דער אמעריקאַנער פֿרעסע. אין דער „ניו יאָרק וואָירלד" איז אויף מאָרגען געווען אָפֿגעדרוקט א לאַנגער רעפֿאָרט אין וועלכען עס ווערט באַריכטעט, אז „וויינינגסטענס צעהן טויזענד מענשען האָבען געמוזט גהן צוריק, ווייל עס איז ניט געווען קיין פֿלאַץ אין דעם האָל".
די דריטע עוועניו ארום דעם האָל איז געווען שוואַרץ פֿון מענשען וואָס האָבען זיך גערימען אריינצוגעהן. פֿון דעם געדראַנג אין קאַמפֿ אריינגעלאָזען צו ווערען זיינען צובראָכען געוואָרען א פֿאָר פֿענסטער. אין יענע יאָהרען איז אזא גרויסע אידישע מאַסע ביי א מיטינג און אזא זשעדנעקייט אריינצוקומען געווען א גאַנץ אונגעוועהנליכע ערשיינונג. אינוועניג איז געווען פֿאַרנומען יעדער סיט, און ניט נאָר די „איילס" זיינען געווען געפֿאַקט מיט שטעהענדע, נאָר די פֿלאַטפֿאָרמע אויך. עס איז קוים געווען פֿלאַץ פֿאַרצושטעלען די רעדנער.
אין דעם באַריכט, ווי ער איז אָפֿגעדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג" (נומער 11, צווייטער יאָהרגאַנג), ווערען אויסגענערעכענט די פֿאָלגענדע רעדנער: יאָנאַס, אב. קאהאן, זאַמעטסין, סעניעל, הילקאָוויץ, מיללער און פֿרוי גראַיע (א יונגע דייטשע רעדנערין, וועלכע פֿלעגט זעהר אָפֿט ארויסטרעטען אויף אונזערע אידישע פֿאַרזאַמלונגען).96די באַגייסטערונג פֿון די אָנוועזענדע איז געווען אונבאַשרייבליך. מיללער איז געווען דער פֿאָרזיצענדער און ער איז אויפֿגענומען געוואָרען מיט אן אָוואַציע. ער האָט גערעדט וועגען דעם ערפֿאָלג פֿון דער צייטונג, און כמעט יעדער וואָרט זיינער איז געוואָרען באַגריסט מיט הוראַ-געשרייען און מיט דונערענדע בראַוואָ-פֿאַטשעריי. אלם ערשטען רעדנער האָט ער פֿאָרגעשטעלט דעם רעדאַקטאָר, פֿיליפ קראַנץ. קראַנץ איז באַגריסט געוואָרען מיט וואַרימע אָפֿלאָדיסמענטען (אין דעם רעדנער-צעטעל איז דורך א פֿאַרזעהן זיין נאָמען ניטאָ). ער איז פֿאַר א פֿובליקום כמעט קיין מאָל ניט ארויסגעטראָטען. ער איז ניט געווען געוואואינט צו דער פֿלאַטפֿאָרמע, און איצט, אין דיזען קאָך, איז ער אזוי צוטומעלט געוואָרען, אז עס איז איהם שווער געווען אויסצורייידען א וואָרט. אלזאָ, האָט מיללער איהם אונטערגעזאַגט א קורצע רעדע; ווי א סופֿליאָר, וואָרט פֿאַר וואָרט, האָט ער איהם אונטערגעזאַגט; און ער, קראַנץ, האָט נאָכגעזאָגט.
די אנדערע רעדנער האָט דער עולם אויך אויפֿגענומען מיט ענטוזיאַזם. דער האָל האָט ניט אויפֿגעהערט צו דונערען פֿון אָפֿלאָדיסמענטען. עס איז געווען א זעלטענער יום טוב.
ווען עס איז געקומען צו מיר, האָט מיללער געזאָגט אונגעפֿעהר דאָס פֿאָלגענדע:
— „איצט וועל איך אייך פֿאָרשטעלען דעם, וועמען מיר האָבען הויפֿטזעכליך צו פֿאַרדאַנקען דעם גרויסען ערפֿאָלג פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". עס איז אן אָפֿענער סעקרעט, אז מעהר פֿון אלע איז אין דעם שולדיג גענאָסע קאהאן."
די האַרציגקייט מיט וועלכער מען האָט מיך אויפֿגענומען אויף דיזען יאָהרעס-פֿעסט, איז פֿאַר מיר געווען א סֿפעציעלער קוואַל פֿון צופֿרידענהייט.
אין דעם באַריכט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" ווערט דערמאַנט, אז „אב. קאהאן האָט גראַטולירט דעם פֿובליקום מיט דעם גרויסען זיג פֿון דעם שניידער סטרייק". איך האָב דאָס געטאָן מיט א משל:
דער מאָג, ווען די רוסישע אַרמעע האָט אין דער רוסיש-טערקישער מלחמה גענומען פֿלעוונע, איז גראַד געווען דעם קיסר'ס97געבורטסטאָג. אלזאָ, האָט דער רוסישער קאָמאַנדיר די נאָכריכט איהם צוגעשיקט אלם א בוירטה-דדעי פֿרעזענט. דאָס האָט זיך גראַדע געפֿאַסט צו אונזער יאהרעס-פֿעסט, וואָרים גראָד יענעם מאָג האָט זיך געענדיגט א שניידער סטרייק מיט א גרויסען זיג פֿאַר דער יוניאָן. האָב איך דערצעהלט די מעשה מיט פֿלעוונא און האָב אויסגערופֿען: „אלזאָ, האָב איך איצט דעם פֿאַרגעניגען — אלם בוירטה-דדעי פֿרעזענט צו דעם געבורטסטאָג פֿון אייער „אַרבייטער צייטונג" — אייך, אַרבייטער, אָפֿצוגעבען א מזל טוב מיט דיזען גלענצענדען זיג אייערען!"
דער עפֿעקט איז געווען אן אונגעהייערער.
אין דעם פֿריהלינג און זומער פֿון דעם יאָהר 1891 זיינען אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן פֿאָרגעקומען פֿאַסירונגען, וועלכע האָבען אויפֿגעשטורעמט ניט נאָר דיזע יוניאָן, נאָר די גאַנצע אידישע אַרבייטער-באַוועגונג און צוליב וועלכע איך האָב ביי דער יוניאָן פֿאַרבראַכט פֿילע אָוועדען און אָפֿט טאָג-און-נאַכט.
אויף א געוויסער צייט אין פֿאַרלויף פֿון דיזע מאָנאַטען האָט דער קאַמפֿ צווישען די „באַראָנדעסיסטען" און אונז, „אַרבייטער צייטונג" מענשען (מיינענדיג מיט דעם הויפֿטזעכליך מיללער'ן און מיך), אויסגעבראָכען אין דער עפֿענטליכקייט און האָט אָנגענומען שאַרפֿע פֿאָרמען. וואָס אנבאַטרעפֿט דיזע צוזאַמענשטויסען, איז די געשיכטע אין ראָזענבערג'ס „עראינערונגען" שטאַרק באַפֿאַרבט מיט דעם קאָליר פֿון זיין דאַמאָלסדיגער פֿאַרטייליכקייט, און דיזע קאַפֿיטלעך זיינע ענטהאַלטען א היבש ביסעל ניט-ריכטיגע שטעלען.
פֿינף-און-דרייסיג יאָהר זיינען פֿאַראיבער. די דאַמאָלסדיגע פֿאַרטיי געפֿיהלען זיינען שוין לאַנג איינגעשטילט געוואָרען — וויינינגסטענס ביי דעם וואָס שרייבט דיזע שורות. היינט וואָלט98מען געקענט די גאַנצע געשיכטע דערצעהלען פֿון א ריין אונפֿאַרטייאישען שטאַנדפֿונקט, אין דער ליכט פֿון דעם אונבאַפֿאַרבטען אמת. אָבער איבערגעבען די דאָזיגע פֿאַסירונגען מיט איינצעלהייטען וואָלט פֿאַרנומען א סך מעהר פֿלאַץ ווי מען קען פֿאַר דעם צוועק געברויכען אין אזא ווערק ווי דיזע „בלעטער". דאָ ווערט דאָך ניט געגעבען א געשיכטע פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן. איך וועל דעריבער זיך באַנוגענען מיט א קורצען איבערבליק פֿון יענע פֿאַסירונגען.
מאָנטאָג אין דער פֿריה, דעם 13טען מערץ, 1891, איז א טייל פֿון דער פֿיקעט קאָמיטע פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן געקומען צו א קלאָוק-קאָנטראַקטאָר מיט'ן נאָמען גרינבערג, וועלכער האָט געהאַלטען א סקעב-שאַפֿ אין דזשעמייקא, לאָנג איילענד. אין דעם צוזאַמענשטויס צווישען דער קאָמיטע און די סקעבס איז איבערגעקערט געוואָרען אן אייזערנער אייוועלע און עס האָבען זיך אויסגעשאָטען גליהענדע קוילען. דערביי איז ביי גרינבערג'ס א פֿיר-יאָהריגען קינד צוגעברענט געוואָרען א הענטעל, און — ווי גרינבערג האָט דערנאָך ערקלערט אין קאָורט — האָבען די פֿיקעטס פֿילע פֿון זיינע ניט-געענדיגטע דזשעקעטס באַנאָסען מיט וויטריאָל.
אלם רעזולטאַט זיינען אַרעסטירט געוואָרען עטליכע מיטגלידער פֿון דער יוניאָן און אויך דער מענעדזשער, יאָזעפֿ באַראָנדעס, וועמען מען האָט באַשולדינט אין געבען די וויטריאָל צו די פֿיקעטס.
איך בין אָנוועזענד געווען אויף דעם פֿאַרהער אין דעם דזשעמייקער קאָורט. באַראָנדעס'ן האָט מען ארויסגעלאָזט אויף בעיל. אָבער גלייך אויפֿ'ן אָרט האָט איהם א דעטעקטיוו ווידער אַרעסטירט — אויף אן אנדער באַשולדיגונג וועלכע איז געקומען פֿון א ניו יאָרקער קלאָוק-פֿירמע, פֿאָפֿקין ענד מאַרקס.
ביי דיזער פֿירמע איז מיט א געוויסער צייט צוריק געווען א סטרייק און די יוניאָן האָט געוואואינען. ביי דעם סעטלמענט האָט די פֿירמע געמוזט באַצאָהלען הונדערט דאָלאַר אלס ווידזשעס פֿאַר דער וואָך וואָס מען האָט געסטרייקט. די ווירקליכע ווידזשעס האָבען באַטראָפֿען א סך מעהר. פֿאָפֿקין99האָט אָבער אָפּגעדונגען אַ פֿאַר הונדערט דאָלאַר. אַזױ ווי דער טשעק איז געווען אױף באראָנדערס'עם נאָמען, האָט פֿאָפֿקין איצט אָנגעגעבען אַ קלאַגע פֿאַר „עקסטאָרשאָן" (דאָס הײסט, אַז באראָנדערס האָט בײַ איהם אױסגעפּרעסט געלט, סטראַשענדיג פֿאַרטצוועצען דעם סטרײַק). באראָנדערס איז אָפּגעזעסען עטליכע טעג און דאַן האָט מען פֿאַר איהם ווידער געקראָגען בעיל.
פֿאַר די אַנדערע אַרעסטירטע האָט מען — מיט גרױסע שוועריגקײטען — אױך געקראָגען בעיל. צווײ פֿון זײ, טאָרטשין און גאָלדשטײן, זײַנען אָפּגעזעסען אַ היבשע צײט.
פֿון די אַלע אַרעסטירטע פֿאַר דער דזשעמײיקאַ געשיכטע איז פֿאַראָרטײלט געוואָרען נאָר אײַנער, אַ דאָרער, בלאַסער, ניט קײן הױכער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען פֿרענק רײַנגאָלד, וועמען מען האָט אַוועקגעשיקט אױף פֿינף יאָהר מיט נײַן מאָנאַטען אין דעם סטײט פּריזאָן פֿון סינג-סינג.
דערנאָך בין איך אָנוועזענד געווען אױף באראָנדערס'עם טרײַעל (דעם 2טען מאַי, 1891) אין דער קרימינאַל אָפּטײלונג פֿון דעם ניו יאָרקער סופֿרים קאָורט. די דזשורי האָט איהם געפֿונען שולדיג, און דער דזשאָדזש — ווען-בראַנט האָט ער געהײסען — האָט איהם פֿאַראָרטײלט אױף אַ יאָהר מיט נײַן מאָנאַטען אין סינג-סינג. מען האָט אָנגעגעבען אַן אַפּיעל און מען האָט באראָנדערס'ן דערווײַל אַרױסגעלאָזען אױף בעיל.
דר. לעווין דערמאָנט אַ מאַס-מיטינג, וועלכען „די ניו יאָרקער פּעדערײישאָן אָוו לײבאַר האָט אײַנבערופֿען צו פּראָטעסטירען געגען דעם אורטײל. די פֿאַרזאַמלונג האָט שטאַטגעפֿונען אין קופֿער יוניאָן דעם 6טען מאַי, 1891, און טױזענטער מענשען זײַנען געשטאַנען אין דרױסען, ווײַל אינוועניג איז שױן ניט געווען קײן פּלאַץ". די רעדנער-ליסט, לױט דר. לעווינ'ען, האָט ענטהאַלטמען די נעמען: סעמיועל גאָמפּערס, דזשאָרדזש מעק'ניעל און אב. קאַהאָן.
„גאָמפּערס, וועלכער איז געווען פֿאָרזיצענדער — זאָגט דר. לעווין ווײַטער — האָט ערקלערט, אַז ניט נאָר האָבען די „סווועטערס" זיך פֿאַראײיניגט צו פֿאַרניכטען זײַערע אָרגאַניזירטע אַרבייטער, נאָר דער דעפּאַרטמענט אָוו דזשאָסטיס פֿון דער וואַשינגטאָנער100רעגירונג האָט געדינט דיזע שענדליכע סוועטערס". ווײַטער ברענגט דר. לעווין די פֿאָלגענדע ווערטער וואָס גאָמפּערס האָט געזאָגט וועגען דער דזשורי: „ווער זײַנען די מענשען וואָס האָבען באראָנדערס'ן פֿאַראָרטײלט? יעדער פֿון זײ געהערט צו דעם קאַפּיטאַליסטישען קלאַס. זײ זײַנען פֿאַבריקאַנטען, סאַלון-קיפּערס, ביזנעס-לײַט. קײן אײנציגער קלאָוקמאַכער איז אין דער דזשורי ניט געווען."
איך פֿערזענליך האָב וועגען דיזער אינטערעסאַנטער פֿאַרזאַמלונג און וועגען דער רעדע וואָס איך האָב אױף איהר געהאַלטען אַ גאַנץ שוואַכע עראינערונג.
אין דער צײַט וואָס באראָנדערס איז געזעסען, האָט זיך צו מיר געווענדעט אַ קאָמיטע פֿון דער יוניאָן מיט אַ ביטע אַז איך זאָל די יוניאָן אָפֿט באזוכען און אױפֿהאַלטען די אָרגאַניזאַציע ביז ער וועט באפֿרײַט ווערען. און אױף אַ מיטינג פֿון די פֿאַראײיניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען איז אָנגענומען געוואָרען אַ רעזאָלוציע, אין וועלכער עס איז געווען אױסגעדריקט דער זעלבער וואונש. איך האָב די פֿליכט אױף זיך גענומען.
אין אײיניגע פֿון די ווערק אין וועלכע עס ווערט דערצעהלט וועגען יענע וואָכען ווערט באהױפּטעט, אַז איך האָב פֿאַרנומען דעם פּלאַץ פֿון אַ „פֿאָרלױפֿיגען מענעדזשער" פֿון דער יוניאָן. דאָס איז ניט ריכטיג. אין דער ביזנעס פֿון דער יוניאָן האָב איך זיך ניט געמישט. איך האָב זאָגאַר זעלטען באזוכט דעם אָפֿיס. מײַן טעטיגקײט איז נאָר געווען פֿאַרבונדען מיט די פֿאַרזאַמלונגען, אין גאָלדען רול האָל, 125 ריווינגטאָן סטריט. כמעט יעדען אָוונד, און אָפֿט בײַטאָג אױך, זײַנען דאַן אָפּגעהאַלטען געוואָרען מיטינגען, יעדע אָפּטײלונג פֿון דער יוניאָן אױף אַ באזונדערען פּלאָר. און איך פֿלעג געהן פֿון פּלאָר צו פּלאָר און האַלטען רעדעם — ערקלערען די לאַגע און ערמוטיגען די מעמבערס. קײן געהאַלט אַלם „פֿאָרלױפֿיגער מענעדזשער" אָדער סתם פֿאַר דער אַרבײט וואָס איך האָב געטאָן פֿאַר דער יוניאָן האָב איך נאַטירליך ניט גענומען. פֿאַר אַזאַ אַרבײט האָט קײנער פֿון אונז קײן מאָל ניט גענומען קײן סענט.101דאַן האָט נאָך קײן אָפֿענער קאַמף צוווישען די באראָנדערסיסטען און אונז ניט אױסגעבראָכען. די באַציהונגען צוווישען באראָנדערס'ן און מיר זײַנען דאָמאָלס געווען גאַנץ פֿרײַנדליכע. אַלם באווייז קען דינען דער פֿאַקט, אַז ווען ער איז אַרױס אױף בעיל האָט ער געבעטען, אַז איך זאָל מיט איהם פֿאַרברענגען דעם אָוונד. אום אױסצומײַדען רעפּאָרטערס און צו קענען אונגעשטערט באַשפּרעכען די לאַגע, האָט ער געבעטען מיר זאָלען געהן אין אַ האָטעל. אַזױ האָבען מיר געטאָן, און אין דעם האָטעל האָבען מיר גענעכטיגט.
אױף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די קלאָוקמאַכער האָט מען מיר און אונזערע אַנדערע רעדנער (ל. מיללער'ן און זאַמעטקינ'ע'ן, דאַכט זיך) אױפֿגענומען מיט די וואַרימסטע אַפּלאָדיסמענטמען. די „אַרבייטער צייטונג" האָט דאַן געאַרבײט פֿאַר באראָנדערס'ן, פֿאַר רײַנגאָלד'ן און פֿאַר דער יוניאָן בכלל. ווען דיזע ווערטער ווערען געשריבען, ליגען פֿאַר מיר אױסצוגען פֿון אַרטיקלען וואָס זײַנען אין איהר דאַן געדרוקט געווען וועגען דיזער אַנגעלעגענהײט. אַיין אַרטיקעל אַזעלכער, אונטער דעם נאָמען „אַ טעות" (דאָס הײסט, אַז די מאַנופֿעקטשורערס האָבען אַ טעות אױב זײ מײנען אַז מיט די אַרעסטען און טרײיעלס וועלען זײ פֿאַרניכטען די יוניאָן) איז פֿון ל. מיללער. אױף דער זעלבער פֿיידזש געפֿינט זיך מײַן אױפֿרוף נאָך געלט (אױף לאָיערס, בעיל און א. וו.). פֿיליפּ קראַנץ ווערט אָנגערופֿען אַלם דער טרעזשורער פֿון דעם פֿאָנד. אױף דער זעלבער פֿיידזש געפֿינט זיך אַ קורצע ליד פֿון דעם פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד, מיט דעם איבערשריפֿט: „מוט! מוט!", וועלכע איך האָב איהם ספּעציעל געבעטען אױפֿשרײַבען פֿאַר יענעם נומער.
ווען באראָנדערס איז געזעסען אין די טומס, האָט ער אין דער „אַרבייטער צייטונג" געדרוקט זײַן „טאָג-בוך פֿון דער געפֿענגנים" און „בריף פֿון געפֿענגנים", מיט אַ רוף צו די אַרבייטער צו זײַן אײיניג.
מיר זײַנען געווען איבערצײַגט, אַז דער גאַנצער טראָבעל איז אַרױסגעקומען צוליב די אַנאַרכיסטישע באַגריפֿען וועגען „רעוואָלוציאָנערע" מעטאָדען אין דעם הײַנטיגען קאַמף מיט קאַפּיטאַל. אין פּריוואַטע געשפּרעכען פֿלעגען מיר די יוניאָן פֿיהרער102וואָרנען געגען דעם. אין דער עפֿענטליכקײט אָבער האָבען מיר דאָס נאַטירליך קײן מאָל ניט דערמאָנט.
עס איז געווען אַ פֿראַגע וועגען שטיצע פֿאַר רײַנגאָלד'ם פֿרױ, וואָרים צו די טרײיעלס און אַפּיעלס אַלײן האָבען זיך געפֿאָרערט גרױסע סומען און געלט איז ניט אַרײַנגעקומען אַזױ שנעל ווי עס האָט זיך געפֿאָדערט. האָב איך פֿאַר דער עקזעקוטיוו באָאַרד פֿון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן פֿאָרגעלײיגט אַזאַ פּלאַן: אָפּדרוקען סטעמפּם מיט רײַנגאָלד'ם בילד און זײ פֿאַרקױפֿען צו צעהן סענט. די „אַרבייטער צייטונג" וועט דרוקען אַ גרױסען בילד פֿון רײַנגאָלד'ן און אַן אױפֿרוף אַז מען זאָל קױפֿען די סטעמפּם. איך בין געווען זיכער, אַז אַזעלכע סטעמפּם וואָלטען זיך פֿאַרקױפֿט מאַסענווײַז. און מײַן פּלאַן איז אָנגענומען געוואָרען. אימעצער האָט פֿאָרגעשלאָגען אַז איך זאָל פֿאָהרען אין סינג-סינג זיך זעהן מיט רײַנגאָלד'ן, איהם פֿאַרזיכערען אַז מען שטיצט זײַן פֿרױ און אַז מען הערט ניט אױף צו טראַכטען און צו אַרבײטען וועגען זײַן באפֿרײיאונג, און דערווײַל צו זעהן אַז מען זאָל פֿאַרגרינגערען זײַן לעבען אין סינג-סינג. איך האָב דעם פֿאָרשלאַג אָנגענומען.
אין סינג-סינג בין איך געפֿאָהרען מיט אַן אַמעריקאַנער דײַטש, וועלכער האָט דאָרטען געהאַט „פּולל". דאָס איז געווען דער באַלעבאָס פֿון אַ מיטינג-האָל געביידע, וועלכע האָט זיך געפֿונען אױף דער פֿערטער סטריט, צוווישען דער צוויייטער און דריטער עוועניו, אױף דעם זעלבען בלאָק ווי „טױרן האָל", נאָר אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דער סטריט. בײַ איהם האָבען געמיטעט פֿילע ראַדיקאַלע דײַטשע אָרגאַניזאַציעם, סאָציאַליסטישע יוניאָנס און אַנדערע פֿאָרטגעשריטענע געזעלשאַפֿטען. צוזאַמען מיט אונז איז אױך געפֿאָהרען אַ באַקאַנטער מיטגליד פֿון אונזער פּאַרטיי, אױך אַן אַמעריקאַנער דײַטש, צוליב וועלכען דער האָל-קיפּער איז מרוצה געוואָרען צו מאַכען די יאַזדע.
ווען מען האָט רײַנגאָלד'ן אַרױסגעבראַכט צו מיר אין זײַנע פּריזאָן קלײדער און ער האָט מיר דערזעהן, זײַנען זײַנע אױגען אָנגעפֿילט געוואָרען מיט טרערען. איך האָב איהם איבערגעגעבען103אַ גרוס פֿון דער גאַנצער יוניאָן, איהם פֿאַרזיכערט, אַז מען שטיצט זײַן פֿרױ און אַז מען וועט אַרבײטען מיט אַלע קרעפֿטען פֿאַר זײַן באפֿרײיאונג. ער האָט פֿאַר מיר דערצעהלט וועגען זײַן צרה'דיגען לעבען אין פּריזאָן.
נאָכדעם ווי מיר האָבען זיך מיט איהם געזעגענט און מען האָט איהם צוריק אַוועקגעפֿיהרט צו זײַן פּריזאָן אַרבײט, האָט מען אונז געוויזען די פֿאַרשידענע אָפּטײלונגען פֿון דער גרױסער געפֿענגנים. צוווישען די פּריזאָנערס וואָס האָבען געאַרבײט אין האָספּיטאַל האָב איך געזעהן דעם געוועזענעם אַלדערמאַן דזשייני, וועלכען מען האָט פֿאַראָרטײלט פֿאַר דער באריהמטער כאַבאַר-געשיכטע פֿון 1884 (זעה צוויייטען באַנד, פֿיידזש 219—220).
רײַנגאָלד'ם בילד איז אָפּגעדרוקט געוואָרען אין דער „אַרבייטער צייטונג" דעם 5טען יוני, *1891. די „רײַנגאָלד סטעמפּם" האָבען געזאָלט געמאַכט ווערען פֿון אַ קאָמיטע. די אונטערנעהמונג איז אָבער פֿאַרנאַכלעסיגט געוואָרען. די יוניאָן איז געווען פֿאַרנומען מיט איהרע דאַגות, און געוויסע אַנאַרכיסטען האָבען אױסגעלאַכט און אַטאַקירט דעם גאַנצען פּלאַן. שפּעטער האָבען די זעלבע אַנאַרכיסטען מיר באשולדיגט אַז איך האָב דעם גאַנצען באזוך אין סינג-סינג געמאַכט נאָר אין די אינטערעסען פֿון דער „אַרבייטער צייטונג".
אימעצער האָט צוגערעדט באראָנדערס'ן אַוועקצופֿאָהרען אין קענעדע. דערנאָך איז ער געקומען צוריק. און דאַן האָט די פֿערזאָן וואָס האָט פֿאַר איהם געגעבען די בעיל דאָס צוריקגעצויגען, און מען האָט איהם אַרײַנגעזעצט אין די „טומס" פּריזאָן ביז עס וועט באשטימט ווערען דער אַפּיעל. דערנאָך האָט מען פֿאַר איהם ווידער געקראָגען בעיל.
מען האָט גענומען קלײַבען אונטערשריפֿטען אױף אַ ביטע104צום גאָווערנאָר ער זאָל איהם באגנאדיגען. און ער איז באפֿרײַט געוואָרען.
רײַנגאָלד איז אױך אָפּגעזעסען נאָר אַ קורצע צײַט (עטליכע מאָנאַטען). איהם האָט אױך דער גאָווערנאָר באגנאדיגט.
דער קאַמף צוווישען די סאָציאַליסטען און די אַנאַרכיסטען האָט זיך צוברענגט ערשט דאַן, ווען באראָנדערס איז שױן געווען פֿרײַ. צו דער באראָנדערס פֿראַגע איז צוגעקומען אַ פֿראַגע וועגען אַ שריפֿטזעצער סטרײַק אין דער אַנאַרכיסטישער „פֿרײיע אַרבייטער שטימע". פֿון דיזען סטרײַק איז געבאָרען געוואָרען אַן אַנאַרכיסטישע שריפֿטזעצער יוניאָן אַלם אָפּאָזיציע צו דער שריפֿט-זעצער יוניאָן פֿון די פֿאַראײיניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען. עס איז געוואָרען אַ סדרה פֿון אָפּאָזיציאָנס יוניאָנס מיט אַן אָפּאָזיציאָנעלע „פֿאַראײיניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען".
אַלם רעזולטאַט פֿון דער דזשעמײיקאַ געשיכטע מיט דעם באראָנדערס פּראָצעם און פֿון דיזען ביטערען פּאַרטיי-קאַמף איז די קלאָוקמאַכער יוניאָן אָפּגעשוואַכט געוואָרען און האָט אױף אַ היבשע צײַט פֿאַרלאָרען איהר ממשות.
אַ וואָרט וועגען מײַן טעטיגקײט אין די אַנדערע יוניאָנס. אין געוועהנליכע צײַטען פֿלעג איך בײַ די אַנדערע אידישע אַרבייטער-אָרגאַניזאַציעם זײַן אַזאַ אָפֿטער גאַסט ווי בײַ די קלאָוק-מאַכער. בײַ די מענער-שנײַדער — נאָך עפֿטער.
רײַדענדיג וועגען דער גרינדונג פֿון די „יונײַטעד גאַרמענט וואָירקערס", דאָס הײסט, דער פֿאַרבאַנד פֿון אַלע שנײַדער יוניאָנס פֿון אַמעריקאַ*, זאָגט הערץ בורגין אין זײַן „געשיכטע פֿון דער אידישער אַרבייטער באוועגונג", אַז „אב. קאַהאָן איז געווען דער הױפּט רעדנער". בײַ דער ניו יאָרקער שנײַדער יוניאָן פֿלעג איך105האַלטען סאָציאַליסטישע אַגיטאַציאָנסרעדעם די גאַנצע צײַט זינט איך האָב געהאָלפֿען איהר גרינדען (זעה צוויייטען באַנד, פֿיידזש 227—228). אין די יאָהרען וואָס איך האָב זיך מיט דער אַמעריקאַנער אַרבייטער-באוועגונג אָפּגעגעבען אַ סך מעהר ווי מיט דער אידישער, פֿלעגט מען מיר אָפֿט רופֿען צו אַ אידישען יוניאָן מיטינג און איך פֿלעג אימער געהן. מעהר פֿון אַלץ פֿלעג איך אַזעלכע אײַנלאַדונגען דאַן באקומען פֿון די מענער-שנײַדער, פֿון די קלאָוקמאַכער און די קעפּמאַכער.
דאָס אַלץ איז וועגען די עטליכע יאָהר אײדער די „אַרבייטער צייטונג" איז געגרינדעט געוואָרען. ווען זי איז געגרינדעט געוואָרען און איך האָב זיך אײַנגאַנצען אָפּגעגעבען צו דער אידישער אַרבייטער באוועגונג, האָב איך די מיטינגען פֿון אַלע אידישע יוניאָנס אַדרעסירט אַ סך אָפֿטער ווי פֿריהער.
[ז׳ 103] דאָס איז בײַ אונז געווען דער ערשטער העלפֿטאָן בילד (אַ בילד וואָס ווערט פֿאָטאָגראַפֿירט אױף בלײי דורך אַ סטעקע, אַזױ אַז עס קומט אַרױם כמעט ווי אַ פֿאָטאָגראַף). דאָס איז נאָך דאַן געווען אַ נײיע ערפֿינדונג.
[ז׳ 104] שפּעטער האָט דעם פּלאַץ פֿון די יונײַטעד גאַרמענט וואָירקערס יוניאָן פֿאַרנומען די „אַמאַלגאַמייטעד קלאָדהינג וואָירקערס אָוו אַמעריקאַ". די יונײַטעד גאַרמענט וואָירקערס יוניאָן עקזיסטירט נאָך אײיגענטליך, אָבער זי באשטעהט אײַנגאַנצען פֿון אָוועראָל מײיקערס. די אמת'ע אינדוסטריע פֿון מענער קלײידער איז אָרגאַניזירט פֿון די אַמאַלגאַמייטעד.