106אין די סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס און יוניאָנס איז אױפֿגענומען געוואָרען די פֿראַגע וועגען שיקען אַ דעלעגאַט צו דעם אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעס, וועלכער האָט זיך געדאַרפֿט צוזאַמענקומען דעם נעקסטען אױגוסט (1891) אין בריסעל, בעלגיען. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען און די אידישע ברענטשעס פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי האָבען מיך ערוועהלט אַלם זייער דעלעגאַט (דאָ איז אינטערעסאַנט צו באַמערקען, אַז די קלאָוק-מאַכער יוניאָן איז געווען צווישען די אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבען צושטײַער געגעבען אױף מײַן רײַזע).
ווען אונזערע אידישע גענאָסען פֿון ענגלאַנד האָבען זיך דערוואוסט דערפֿון, האָבען זיי מיך אײַנגעלאַדען זיי צו באַזוכען.
זיי האָבען געבעטען אַז איך זאָל אַרױספֿאָהרען פֿריהער, כּדי צו קענען בײַ זיי פֿאַרבלײַבען בײַ דרײַ וואָכען פֿאַר דעם קאָנגרעס.
איך האָב די אײַנלאַדונג אָנגענומען און בין אָפּגעפֿאָהרען אין דזשולײַ.
פֿאָהרען מיט'ן צווייטען קלאַס איז נאָך בײַ אונז דאַן געווען אַ לוקסוס (היינט ווער רעדט שוין וועגען ערשטען!). איך בין געפֿאָהרען סטירעדזש. אָבער פֿאַר אַכט דאָלאַר האָט107דער סטוּאַרד מיר אָפּגעטראָטען זײַן בעטעל, און די גאַנצע צײַט מיר געבראַכט מאָהלצײַטען פֿון צווייטען קלאַס.
פֿון דיעזער רײַזע איז אין מײַן זכרון איבערגעבליבען די רעליגיעזע געזאַנג, וואָס איך פֿלעג הערען אַלע אין דער פֿריה פֿון עטליכע שוועדישע פּאַסאַזשירען. פֿאַר ברעקפֿעסט, ווען איך פֿלעג נאָך ליגען אין מײַן בעטעל, פֿלעגען זיי זיך זעצען אַרום אַ טיש און זאָגען תּהלים מיט אַ ניגון (פֿון מײַן ערשטער רײַזע אױפֿ'ן ים, קיין אַמעריקאַ, איז מיר איבערגעבליבען אַ בילד פֿון שוועדישע פּאַסאַזשירען, ווי זיי טאָנצען אױבען אױפֿ'ן דעק; און איצט גראָד ווידער אַ סצענע מיט שוועדען).
מײַן שכן איז געווען אַ פֿאָליס-קעפּטען פֿון קעמדען, ניו דזשוירזי, אַ הויכער, געזונטער, שעהנער יונג פֿון די מיטעלע יאָהרען. ער איז געפֿאָהרען אַזױ ווי איך, סטירעדזש, מיט אַ ספּעציעלען אָפּמאַך מיט'ן סטוּאַרד. טאָמער מײַן איך, חס וחלילה, אַז ער קען ניט אָפּפֿאָרדען צו פֿאָהרען מיט'ן צווייטען קלאַס, האָט ער מיר פֿאָרזיכערט ווידער און ווידער, אַז ער טוט דאָס נאָר כּדי עס זאָל איהם בלײַבען וואָס מעהר געלד אױף צו ספּענדען אין אײראָפּאַ. ער איז געווען אַ פֿרעהליכער יונג, און ער האָט מיר דערצעהלט אינטערעסאַנטע מעשׂות פֿון דעם פּאָליציי לעבען.
די שיף איז אָנגעקומען אין ליווערפּול. מיר האָט זיך געוואָלט באַקוקען די שטאָדט און באַזוכען דעם פּלאַץ, וואו איך בין אײַנגעשטאַנען פֿאַר אַכט-יאָהרען, ווען איך בין געפֿאָהרען קיין אַמעריקאַ. דאָס איז אָבער געווען אונמעגליך. די טרײַן האָט געוואַרט אױף דער שיף און איך האָב איהר געמוזט נעמען.
מיט דער דאָזיגער טרײַן בין איך אַריבערגעפֿאָהרען קיין לאָנדאָן. ווען איך בין געקומען אױפֿ'ן וואָקזאַל, האָב איך געפֿרעגט בײַ איינעם פֿון די בעאַמטע ווי אַזױ מען באַקומט דעם באַגאָזש, האָט ער מיר געענטפֿערט אױף אַזאַ ענגליש, אַז איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען וואָס ער זאָגט. דער אײנפֿאַכער108לאָנדאָנער עולם רעדט מיט אַ צודרעהטער אױסשפּראַך. עס איז אַזױ ווי דער אונטערשיד צווישען די אידיש פֿון אַ פּױלישען און אַ ליטוואַק. דאָ וואו אַ ליטוואַק זאָגט „עי" זאָגט דער פּױלישער „אי". פּונקט אַזױ זײַנען בײַ דעם לאָנדאָנער פֿאַרדרעהט די ריכטיגע ענגלישע קלאַנגען. אָנשטאָט „פּעי" זאָגט ער „פּאַי", אָנשטאָט „גרעיט" — „גראַיט". אַ חוץ דעם זאָגט ער, למשל, אָנשטאָט „גאָו" — „גיאַו".
מײַנע לאָנדאָנער גענאָסען האָבען ניט געקענט וויסען די שטונדע ווען איך וועל קומען, און קיין טעלעגאַרמע האָב איך פֿון ליווערפּול ניט געהאַט קיין צײַט צו שיקען (היינט שיקט מען פֿון שיף אַ דראָטלאָזע דעפּעשע; דענסמאָל אָבער האָט מען אַזאַ זאַך זיך פֿאַרגעשטעלט נאָר אין דער פֿאַנטאַזיע, און ווען עס וואָלט שוין יאָ געווען אַ דראָטלאָזער טעלעגראַף, וואָלט דאָס ניט געווען פֿאַר אונזער קעשענע). אַלזאָ, האָט מיך קיינער ניט אָפּגעוואַרט.
מען האָט פֿאַר מיר צוגעפֿערטיגט אַ קוואַרטיר אין דער הויז פֿון אַ גענאָסע, מיט'ן נאָמען אברהם גאָלד, איינער פֿון די טעטיגסטע מיטגלידער פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער גרופּע אין לאָנדאָן.
ווען איך האָב זיך דאָרטען באַוויזען, איז געוואָרען אַ גאַסט-פֿרײַנדליכער גערודער. עס זײַנען זיך צוזאַמענגעקומען עטליכע אַנדערע גענאָסען. איך האָב דערהערט דיזעלבע ענגלישע אידיש ווי אונזערע, נאָר מיט אַן אַנדער אױסשפּראַכע. מיר פֿאַראידישען דעם ענגלישען וואָרט אױפֿ'ן אַמעריקאַנער שטייגער, און זיי — אױפֿ'ן ענגלישען. אין אַ סך הכּל האָב איך זיך דערפֿיהלט אַזױ ווי איך וואָלט דאָ געקומען אױף אַ לעקטשור אין פֿילאַדעלפֿיא, אָדער אין האַרטפֿאָרד.109צווישען די טעטיגסטע מיטגלידער, אױסער גאָלד'ן, איז דאַן געווען אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען שייער, אַ וואַרשעווער, מיט אַ חסידישער וואַרימקייט, און אַ געלאַסענער יונגער מאַן מיט'ן נאָמען ראָזעבערי, וועלכער איז געווען דער סעקרעטער פֿון דער גרופּע.
אַ פֿאַרהייראַטע סאָציאַליסטקע האָט פֿאַר מיר זיך באַריהמט מיט איהר ניט-גע'מל'טען אינגעלע. און מעהרערע מאָל האָט זי איהם געהאַלטען אַזױ, אַז איך זאָל זיך איבערצײַגען אין דעם.
איך האָב שוין אױבען דערמאָנט, אַז די וויכטיגסטע קראַפֿט אַלם שרײַבער איז אין לאָנדאָן דאַן געווען בענעדיקט, אָדער מאָרים ווינטשעווסקי, ווי ער איז שוין דאַן געווען באַקאַנט דורך דעם „אַרבייטער פֿרײַנד". זײַן אמת'ער פֿאַמיליען-נאָמען איז אפֿילו בענעדיקט אױך ניט געווען. זײַן פֿאָטער'ס פֿאַמיליען-נאָמען איז געווען נאָוואַקאָוויטש. און אין דער העברעאישער ליטעראַטור איז דער יונגער נאָוואַקאָוויטש געווען באַקאַנט אַלם „בן-נץ". בענעדיקט אָדער בן-ציון איז געווען זײַן ערשטער נאָמען. די גענאָסען פֿלעגען איהם געוויינליך רופֿען „זיידע" — צוליב זײַנע פֿעליעטאָנען „די צושלאָגענע געדאַנקען פֿון אַ משוגענעם פֿילאָזאָף", וואו ער פֿלעגט פֿאַרשטעלען ווי ער רעדט מיט זײַן אייניקעל.
ער איז איבערהױפּט געווען די אָנגעזעהענסטע פֿיגור אין דער דאָרטיגער אידישער באַוועגונג, סײַ בײַ די אַנאַרכיסטען, סײַ בײַ די סאָציאַל-דעמאָקראַטען. ער האָט שוין געוואוינט אין לאָנדאָן עטליכע יאָהר, און ער האָט געהאַט אַ גוטע שטעלע אַלם בוקקיפּער אין אַן אָפֿיס פֿון איינעם פֿון די אַמעריקאַנער באַנקירען, די זעליגמאַנס. צווישען די טעטיגע סאָציאַליסטען איז ער געווען דער שעהנסטער בעל-הבית. אין לאָנדאָן איז פֿאַר אַן אימיגראַנט זיך צוצושלאָגען צו אַ נישקשה'דיגען פֿאַרדינסט געווען פֿיל שווערער ווי אין ניו יאָרק; און די רוסישע אינטעליגענץ, וואָס האָט דאָרטען דאַן געוואוינט, האָט אָפֿט צוגעהונגערט.
איך וועל דעם לעזער דערמאָנען, אַז הגם פּערזענליך בין110איך מיט ווינטשעווסקי'ן באַקאַנט ניט געווען, האָב איך וועגען איהם אַ סך געהערט ניט נאָר אין ניו יאָרק, פֿון אידישע סאָציאַליסטען, נאָר אױך אין ווילנע. וואָרים אָסיפּ צילשטיין, מיט וועמען איך האָב צוזאַמען געענדיגט דעם אינסטיטוט און געדינט אַלם לעהרער אין וועליזש, איז זײַנער אַ קאָזין, און מײַן רבי חאַצקעל איז געווען צילשטיין'ס אַ שוואָגער.
אין איינעם פֿון די בריף, וואָס צילשטיין האָט פֿון איהם ערהאַלטען פֿון לאָנדאָן, ווען איך בין נאָך געווען אין וועליזש, האָט זיך געפֿונען אַזאַ שטעלע: „ווען דו זאָלסט וויסען וואָס פֿאַר אַ תּענוג עס איז צו לעזען שעקספּיר אין אָריגינאַל!" דיזע ווערטער האָבען אױף מיר געמאַכט אַ ספּעציעלען אײַנדרוק; און איצט, אַז איך בין געקומען קיין לאָנדאָן און האָב זיך גערוכט מיט ווינטשעווסקי'ן צו זעהן, האָבען זיי ניט אָפּגעטראָטען פֿון מײַן מוח.
מיר זײַנען באַקאַנט געוואָרען. מיר האָבען זיך אָפֿט געזעהן אױף מיטינגען, און צוויי מאָל האָב איך געגעכטיגט אין זײַן וואױנונג — ריכטיגער געזאָגט, אױפֿגעווען אַ גאַנצע נאַכט, שמועסענדיג.
ווינטשעווסקי האָט זיך דאַן נאָך ניט געהאַט דײַטליך אױסגעשפּראָכען צו וועלכער פּאַרטיי ער געהערט — צו דער אַנאַרכיסטישער אָדער צו אונזערער. „אונזערע" האָבען מיר פֿאָרזיכערט, אַז ער איז מעהר גענייגט צו דער סאָציאַליסטישער ריכטונג. אָבער אין דעם קאַמף צווישען די צוויי צדדים האָט ער זיך געשטאַרעט צו האַלטען אונפּאַרטייאיש.
ווען מען האָט מיך פֿאָרגעשטעלט אױף מײַן ערשטען לאָנדאָנער מיטינג, האָט דער עולם מיך וואָרים אױפֿגענומען. איינער האָט אױסגערופֿען: „מהרי טשירס פֿאַר'ן פּראָלעטאַרישקער!"111און דער אױסרוף איז באַגריסט געוואָרען מיט רוישענדע אַפּלאָדיסמענטען און מיט פֿרײַנדליכע שמייכלען. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַן אָנגענעמע איבעראַשונג. איך האָב זיך גאָרניט גערוכט, אַז אין לאָנדאָן זאָל דער נאָמען זײַן אַזױ פּאָפּולער.
אין דעם נומער 34 פֿון דעם צווייטען יאָהרגאַנג „אַרבייטער צייטונג" איז אָפּגעדרוקט ראָזעבערי'ס קאָרעספּאָנדענץ וועגען די ערשטע פֿיער מיטינגען, וואָס איך האָב אַדרעסירט אין לאָנדאָן און וועגען מײַן דאַמאָלסדיגען וויזיט אין אַלגעמיין. דער דאַטום אױף דער קאָרעספּאָנדענץ איז: „לאָנדאָן, אױגוסט דעם דריטען, 1891". דער בריעף ענטהאַלט, צווישען אַנדערע שורות, די פֿאָלגענדע:
„עס איז איצט אין דעם אידישען קוואַרטאַל פֿון לאָנדאָן ווי אין אַ קעסעל. וואו מען געהט און וואו מען שטעהט, הערט מען נאָר רעדען וועגען אב. קאַהאַן, דעם רעדנער פֿון ניו יאָרק, אָדער „מגיד" פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". דער אײַנדרוק, וואָס גענאָסע קאַהאַן האָט געמאַכט אױף די אידישע אַרבייטער מיט זײַנע ערשטע פֿיער רעדעם אין גאַנץ גרױסע האָלען, איז זעהר גרױס. „זייט לאָנדאָן איז לאָנדאָן האָבען מיר נאָך אַזעלכעס ניט געהערט" — האָב איך געהערט פֿון אייניגע. „היינט איז מיר צוגעקומען פֿופֿציג יאָהר לעבען", — האָבען געזאָגט אַנדערע. וועלכע מענשליכע פֿעדער איז אימשטאַנד צו באַשרײַבען דעם ענטוזיאַזם פֿון דער גרױסער מאַסע, די פֿאַרהילכענדע אַפּלאָדיסמענטען און לאַנגע הוראַס און בראַוואָס די גאַנצע צײַט, וואָס גענאָסע קאַהאַן האָט געהאַלטען זײַנע רעדעם!
„אַזױ ווי עס איז געווען ווייניג צײַט, האָט מען צו די דעבאַטען געגעבען דאָס וואָרט נאָר אַנאַרכיסטען. אױף די רעדעם פֿון אַכט אַנאַרכיסטישע קריטיקער האָט דער רעדנער געגעבען אַנטוואָרטען, וועלכע זײַנען געווען אַזױ טרעפֿענד, וויציג, דײַטליך און לאָגיש, און אָפֿט האָבען זיך אַרױסגעריסען פֿון זײַנע ליפּען אַזעלכע פֿלאַמענדע באַמערקונגען, דאָס פֿאַרהילכענדע יובעל געשרייען האָבען אַלע ווײַלע פֿאַרקלונגען דעם האָל. אַלע אינטעליגענטע סאָציאַליסטען דריקען אױס זייער112רעספּעקט צו אונזער אַמעריקאַנער גענאָסע און זייער באַוואונדערונג צו זײַנע רעדעם און טעטיגקייט".
אין דער זעלבער קאָרעספּאָנדענץ געפֿינט זיך אױך דאָס פֿאָלגענדע:
„אַ שטאַרקען אײַנדרוק האָט קאַהאַן געמאַכט, ווען אין פֿאַרלױף פֿון דער דעבאַטע האָט ער פֿאָרגעלעזען פֿון דעם פּראָגראַם פֿון דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי „נאָ-ראָדנאַיאַ וואָליאַ". איך האָב מיט דעם געוויזען, אַז דיזע גרױסע רעוואָלוציאָנערען, די מאַרטירער-העלדען, וועלכע זײַנען געגאַנגען אױף דער תּליה, האָבען דוקא געגלױבט אין אַ פּאַרלאַמענט און פּאָליטישע רעכט; אַז זייערע טעראָריסטישע אַטאַקעס זײַנען בײַ זיי געווען אַ מיטעל צו באַקומען אַ פּאַרלאַמענט און פּאָליטישע מאַכט פֿאַר'ן פֿאָלק. דאָס איז ווירקליך געווען אַ שטאַרקער אַרגומענט געגען די אַנאַרכיסטען, וואָרים זיי פֿלעגען טענה'ן, אַז אַן אמת'ער רעוואָלוציאָנער וועט מיט אַזעלכע זאַכען ווי פּאַרלאַמענט און פּאָליטיק זיך ניט באַשעפֿטיגען, און דערבײַ האָבען זיי געפּרעדיגט טעראָריזם און פֿאַרגעטערט די רוסישע טעראָריסטען אַלם מוסטערען פֿון רעוואָלוציאָנערען.
אין דער זעלבער קאָרעספּאָנדענץ ווערט געמעלדעט, אַז ש. יאַנאָווסקי האָט מיך אַרױסגערופֿען אױף אַ דעבאַטע און אַז די דעבאַטע וועט פֿאַרנעמען צוויי אָוונטען — אײן אָוונט וועט דעבאַטירט ווערען איבער דער אַנאַרכיסטישער טעאָריע, און דעם צווייטען איבער דער אַנאַרכיסטישער טאַקטיק.
יאַנאָווסקי האָט פֿריהער געוואױנט אין ניו יאָרק. דערנאָך האָט מען איהם אַריבערגעבראַכט קיין לאָנדאָן, צו זײַן דער רעדאַקטאָר פֿון דעם „אַרבייטער פֿרײַנד", וועלכער איז איצט געווען אַ ריין-אַנאַרכיסטישער אָרגאַן. מיר זײַנען געווען באַקאַנט פֿון אַמעריקאַ; אַלזאָ, האָט ער מיך באַזוכט אַזױ מײַן קוואַרטיר, בײַ גאָלד'ן, און דאָרטען האָט ער מיך גערופֿען אױף דער דעבאַטע.113אין די דעבאַטען, — „אָפֿיציעלע" און „ניט-אָפֿיציעלע" — וועלכע איך האָב אָפֿט געהאַט מיט די אַנאַרכיסטען פֿון ניו יאָרק, פֿילאַדעלפֿיא, באָסטאָן, שיקאַגאָ און עטליכע אַנדערע שטעדט, פֿלעג איך געברױכען משלים, אום אַרױסצוברענגען די אונלאָגישקייט פֿון זייערע טענות. אין לאָנדאָן האָב איך צוגעטראַכט אַ גאַנץ נײַעם „סעט" משלים. די אַנאַרכיסטען פֿלעגען די דאָזיגע בײַשפּילען דערמאָנען מיט כּעס אָדער זאָגאַר מיט שימפֿערייען. הױפּטזעכליך האָט זיי געערגערט איינער פֿון דיזע משלים — אַ מעשׂה מיט אַ בריק, וועלכע איך האָב צום ערשטען מאָל געגעבען אין מײַן דעבאַטע מיט ש. יאַנאָווסקי'ן.
יאַנאָווסקי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם אַנאַרכיסטישען פּרינציפּ געגען אָפּשטימונג, געגען הערשאַפֿט פֿון אַ מאַיאָריטעט איבער אַ מינאָריטעט. ער האָט לעבעדיג געשילדערט וואָס פֿאַר אַ טיראַניי דאָס איז, ווען אַ געוויסע צאָל מענשען איז געצוואונגען צו פֿיהרען זיך געגען זייער אייגענעם ווילען, נאָר דערפֿאַר וואָס אַ גרעסערע צאָל וויל אַזױ. אין דעם נאָמען פֿון פֿרייהיים און פֿון דער העכסטער גערעכטיגקייט, האָט ער געשריען, אַז מען דאַרף יעדען ערלױבען צו טאָן לױט זײַן אייגענעם וואונש. זאָל די מאַיאָריטעט האַנדלען ווי זי וויל, און די מינאָריטעט — ווי זי וויל. קיין צוואַנג! אַזױ פֿאָדערט דער אידעאַל פֿון אַבסאָלוטע פֿרייהיים.
ווען מיר איז אױסגעקומען איהם צו ענטפֿערען, האָב איך געזאָגט אונגעפֿעהר אַזױ:
„לאָמיר זעהן ווי ווייט דיזער שעהן קלינגענדער אַבסטראַקטער פּרינציפּ קען דורכגעפֿיהרט ווערען אין לעבען. לאָמיר פּרוּווען זיך פֿאָרשטעלען די זאַך אױף אַ פּראַקטישען, ממשות'דיגען שטייגער; ניט סתּם מיט ווערטער, נאָר אױף אַ דײַטליכען בײַשפּיל. אום די זאַך לײַכטער צו באַטראַכטען, לאָמיר נעמען אַ קליינע געזעלשאַפֿט, פֿון הונדערט מענשען. אַזױ וועט זײַן באַקוועמער, כּדי מיר זאָלען זיך ניט דאַרפֿען פֿלאָנטערען מיט גרױסע חשבונות. לאָמיר זיך פֿאָרשטעלען, אַז דיזע הונדערט וואױנען אין אַ שטעדטעל, אין וועלכער עס געפֿינט זיך אַ114קליינער וואַסער. עס קומט פֿאַר אַ פֿראַגע: וואָס זאָל מען טאָן מיט'ן וואַסער? נו, זעכציג זאָגען אַז מען דאַרף איהם פֿאַרשיטען, ווייל ער איז ניט קיין געזונטער וואַסער, און אַ חוץ דעם איז אַ סכנה: קינדער קענען דערטרונקען ווערען. די איבעריגע פֿערציג, ווידער, טענה'ן, אַז איהם צו פֿאַרשיטען וואָלט געווען אַ שאָדען; זיי זיינען איבערצייגט, אַז מען דאַרף איבער איהם בויען אַ בריק. לויט דעם סאָציאַל-דעמאָקראַטישען פּרינציפּ וואָלט מען דאַן אָפּגעשטימט, און די זעכציג וואָלטען געוואָנען. מען וואָלט דעם וואַסער פֿאַרשאָטען, און מיט דעם וואָלט זיך געענדיגט. לויט דעם אַנאַרכיסטישען פּרינציפּ אָבער דאַרף יעדער טאָן לויט זיין ווילען. דאָס הייסט, די זעכציג וואָלטען דעם וואַסער פֿאַרשאָטען, און די פֿערציג וואָלטען איבער דעם פֿאַרשאָטענעם וואַסער געבויט אַ בריק.
ווען איך האָב אַרויסגעבראַכט דעם דאָזיגען פּונקט, האָט אין האָל אויסגעבראָכען אַ פֿאַרטויבענדער אַפּלאָדיסמענט מיט אַ געלעכטער. פֿון דעם אַנאַרכיסטישען צד ווידער האָבען זיך געהערט קולות: „דאָס איז פֿאַיאַצערײַ! דאָס איז אַ קאָמישער, ניט קיין דעבאַטאַנט".
ווען יאַנאָווסקי האָט ווידער געהאַט דאָס וואָרט, האָט ער זיך אויף מיר ארויפֿגעוואָרפֿען פֿאַרוואָס איך גיב אַזאַ משל; זיין אַרגומענט איז געווען, אַז מענשען זיינען ניט משוגע און אַז מען וואָלט ווי עס איז דורכגעקומען. אויף דעם האָב איך געענטפֿערט: „ווען מען קומט דורך, הייסט דאָס אויף אונזער סאָציאַל-דעמאָקראַטישען לשון, אַז עס איז „איינשטימיג אָנגענומען געוואָרען", אַז עס איז ניטאָ קיין מיינונגס-פֿאַרשידענהייט. וועגען אַזאַ פֿאַל איז ניטאָ וואָס צו רעדען. מען רעדט וועגען אַזאַ פֿאַל, וואו מען קען ניט דורכקומען. דאַן פֿאָדערט דער אַנאַרכיסטישער פּרינציפּ, אַז יעדער זאָל טאָן לויט זיין ווילען. נו, האָב איך אייער מינאָריטעט נעגעבען אַ געלעגענהייט צו האַנדלען לויט איהר ווילען. דער לעבען איז פֿול מיט אַזעלכע פֿאַלען, וואו מען קען ניט דורכקומען, און וואו יעדען צד נאָכגעבען איז אונמעגליך. ווען איהר זאָגט, אַז מען וואָלט ווי עס איז115דורכגעקומען, הייסט עס, אַז איהר פֿאַרמאַכט נאָר די אויגען צו דעם אַרגומענט וואָס די ווירקליכקייט גיט געגען אייער פּרינציפּ".
דערביי האָב איך געגעבען נאָך אַ פּאָר ביישפּילען, פֿון זיי געדענק איך איינעם, וועלכען איך האָב שוין אייגענטליך דערמאָנט אין צווייטען באַנד. דריי פּאַסאַזשירען זיצען לעבען אַ פֿענסטערעל אין אַ טריין; איינער וויל דעם פֿענסטערעל עפֿענען, ווייל עס איז איהם דושנע; און די אַנדערע פֿאָדערען, אַז דער פֿענסטערעל זאָל דוקא זיין פֿאַרמאַכט. עס איז זיי צו קאַלט. וועט איהר דעם פֿענסטערעל אי האַלטען פֿאַרמאַכט, אי עפֿענען?
ווידער האָט זיך דער עולם צולאַכט אויפֿ'ן קול און ווידער זיינען די אַנאַרכיסטען געווען בייז.
איידער איך ענדיג מיט דיזען ענין, וויל איך באַמערקען, אַז זינט דאַן זיינען אין דער אַנאַרכיסטישער טעאָריע און טאַקטיק פֿאָרגעקומען ענדערונגען אין מייסטע פֿון די פּרינציפּען, איבער וועלכע מיר פֿלעגען זיך מיט זיי אַרומרײַסען. אָבער אין געוויסע באַציהונגען האָבען מיר זיך אויך געביטען, אויך צוגעקומען נעהענטער צו דער ווירקליכקייט.
זייענדיג אין לאָנדאָן האָב איך געהאַלטען אַ רייהע לעקטשורס און אַגיטאַציאָנס-רעדעם אויף גרעסערע און קלענערע פֿאַרזאַמלונגען.
[טאָפּיק] סטעפּניאַק. — מאַדאַם סטעפּניאַק. — סערעבריאַקאָוו.
אין לאָנדאָן האָבען דאַן געוואוינט איניגע פֿון די אַלטע רוסישע רעוואָלוציאָנערען. צווישען זיי זיינען געווען אַ פּאָר פֿון אונזערע באַריהמטע העלדען: פּרינץ קראפּאָטקין, וועלכער איז אויף אַ וואונדערליכען שטייגער אַנטלאָפֿען פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט;116סטעפּניאַק (קראַוטשינסקי), דער פֿאַרפֿאַסער פֿון „אונטערערדישע רוסלאַנד", וועלכער האָט אין 1878 געשטאָכען גענעראַל מעזענצעוו'ן, דעם הויפּט-גענעראַל פֿון דער רוסישער זשאַנדאַרמעריע (זעה 2טען באַנד, פֿיידזש 171); און נאָך אַ פּאָר.
סטעפּניאַק איז געווען דער ערשטער פֿון זיי, מיט וועלכען איך בין באַקאַנט געוואָרען. געהענדיג צו איהם, האָב איך זיך געפֿרופֿט פֿאָרשטעלען ווי דיזער העלדישער, וועלט-באַריהמטער מענש זעהט אויס.
ווען איך בין געקומען אויף זיין קוואַרטיר, האָט מיך עמפֿאַנגען אַ מאַן מיט ברייטע שולטערען, מיט האַרטע, שוואַרצע, אַביסעל געגרייזעלטע האָר און באָרד, מיט אַ קורצען, ברייטלעכען נאָז. אויפֿ'ן ערשטען בליק האָט ער אויסגעזעהן ניט שעהן, אָבער ווען איך האָב זיין אויסזעהן אין מיין געדאַנקען צוזאַמענגעבונדען מיט זיין העלדישקייט, איז דער ניט-שעהנער פּנים געוואָרען זעלטען איינדרוקספֿול און אינטערעסאַנט. מיר האָט זיך געדוכט, אַז ער זעהט אויס נאָך העלדישער ווי איך האָב איהם געשילדערט אין מיין איינבילדונג. „פֿאַר אַזאַ מענשען פּאַסט זיך פּונקט אַזאַ געשטאַלט", האָב איך זיך געטראַכט.
זיין פֿרוי איז געווען אַ אידישע, אויך אַ רעוואָלוציאָנערקע — אַ שעהנע, אַן אינטערעסאַנטע, מיט שוואַרצע אויגען, מיט אַ אידישען אָנבליק.
דאָס איז ניט געווען מיין איינציגער וויזיט ביי זיי. איך האָב זיי באַזוכט נאָך עטליכע מאָל, און איין מאָל האָט סטעפּניאַק מיך באַזוכט, ביי אונזערען אַ צוזאַמענקונפֿט אין דעם אידישען קוואַרטאַל. די געפֿיהלען, וואָס ער האָט אַרויסגערופֿען אין מיר זיינען געווען גאַנץ אַנדערע ווי די, וועלכע איך האָב געהאַט צו לעאָ האַרטמאַנ'ען. סטעפּניאַק איז געווען אַ פֿיל וויכטיגערער מענש, מיט מעהר ענטוויקלונג און מיט מעהר כאַראַקטער. דורך אַ נאָהענטער באַקאַנטשאַפֿט האָט האַרטמאַן פֿאַרלאָרען אין מיינע אויגען. סטעפּניאַק אָבער האָט דורך דעם געוואונען. אַ פּאָר מאָל האָבען די סטעפּניאַקס מיך איינגעלאַדען צו דינער. איך געדענק ווי ער פֿלעגט זיצען און רויכערען אַ117סיגאַרעט פֿון אַ ציגאַרען-שפּיץ, קוקען מיט אומעטיגע אויגען און שווייגען. ער איז געווען אַ מאַלאָראָס (אַן אוקראַינער), און דיזער פּאָרטראַכטער שווייגען איז אַ מאַלאָרוסישער שטריך; איהם איז אָבער טאַקע געווען אומעטיג אויפֿ'ן האַרצען.
איך גלויב ניט, אַז ער האָט זיך אין אויסלאַנד געפֿיהלט ווי ביי זיך אין דער היים. אַ חוץ דעם איז דער קאַמף פֿאַר חיונה ביי איהם געווען ניט קיין לייכטער. ער האָט געלעבט פֿון פֿעדער, און קיין גרינגע ברויט איז דאָס ניט געווען.
מיט קראַפּאָטקין'ען בין איך באַקאַנט געוואָרען אויף אַ ווייטערען וויזיט אין ענגלאַנד. דיזען מאָל האָט איך אויסער סטעפּניאַק'ן באַגעגענט אַ רוסישען טעראָריסט מיט'ן נאָמען סערעבריאַקאָוו. אין דער היים איז ער געווען אַן אָפֿיציר אין דער פֿלאָטע. און בשעת זשעליאַבאָוו, סאָפֿיא פּעראָווסקאַיא, ווערא פֿיגנער און אַנדערע רעוואָלוציאָנערען פֿון דער „נאַראָד-נאַיא וואָליא", האָבען אין קראָנשטאַדט געגרינדעט אַ קרוזשאָק פֿון פֿלאָטסקע אָפֿיצירען, איז דיזער סערעבריאַקאָוו געווען איינער פֿון זיי. פֿאַר אַן אָפֿיציר אַנטייל צו נעהמען אין דער רעוואָלוציע האָט געהייסען שטעלען זיין לעבען אין קאָן. דאָ וואו מען האָט אַ ציווילנעם פֿאַרשיקט אין סיביר, האָט מען אַן אָפֿיציר פֿאַראורטיילט צום טויט. צווישען דיזע פֿלאָטסקע אָפֿיצירען איז דער באַריהמטער סוכאַנאָוו געווען די הויפּט-פֿיגור, און ער האָט ווירקליך באַצאָהלט מיט זיין לעבען דערפֿאַר. סערעבריאַקאָוו איז אנטלאָפֿען.
איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען אין דער לאָנדאָנער ביבליאָטעק. ער האָט געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַזא גוטען, מילדען מענשען, אַז עס האָט זיך מיר פּשוט ניט געגלויבט, אַז ער איז געווען איינער פֿון יענע טעראָריסטען. ווען איך בין געווען אין לאָנדאָן האָט זיך סערעבריאַקאָוו זעהר געפֿלאָגט. פֿילע פֿון די רוסישע אימיגראַנטען אין לאָנדאָן, פּאַריז, צוריך אָדער זשענעוואַ האָבען אָפֿט געהונגערט, און ער האָט אין דיזער הינזיכט צו די גליקליכערע ניט געהערט.
סערעבריאַקאָוו'ס פֿרוי איז אויך געווען אַ אידישע, און קראַפּאָטקין'ס אויך.
118[טאָפּיק] סאָציאַליזם אין ענגלאַנד. — היינדמאַן. — קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער און איהר מאַן.
צווישען די ענגלענדער איז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג דאַן געווען זעהר קליין. זיי האָבען שוין אָבער אַרויסגעגעבען אַ וועכענטליכע צייטונג („דזשאָסטיס") און געהאַט ברענטשעס אין עטליכע שטעדם. דער גרינדער פֿון דער באַוועגונג איז געווען דער באַריהמטער היינדמאַן, אַ באַגייסטערטער מאַרקסיסט.
ער איז געווען אַ הויך-געבילדעטער מאַן און אין דער צייט, ווען ער איז באַקערט געוואָרען צום סאָציאַליזם, איז ער געווען אַ „בראָקער" אויף דער לאָנדאָנער בערזע. אַ לאַנגע צייט האָט ער אויפֿגעהאַלטען די גאַנצע באַוועגונג. ער האָט אין איהר אריינגעלייגט אַלץ וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט. ווען איך בין געקומען קיין לאָנדאָן, איז ער שוין געווען אָרים און האָט געוואוינט אין אַ דירה פֿון צוויי קליינע צימערען. ער איז אָבער געווען געקליידעט מעשה באַנקיר. אָהן אַ הויכען קאַפּעלוש, אַ לאַנגען שוואַרצען ראָק און האַנדשוה פֿלעגט ער ניט אַרויסגעהן אויפֿ'ן גאַס. דאָס, צוזאַמען מיט זיין לאַנגער, ברייטער, שוואַרצער באָרד, האָט אויף מיר געמאַכט אַ מאָדנעם איינדרוק. עס איז מיר געווען שווער זיך צוצוגעוואוינען צום געדאַנק אַז דאָס איז מיינער אַ גענאָסע.
אין פּריוואַטע געשפּרעכען פֿלעגט ער אַרויסווייזען אַ שוואַכקייט, וועלכע האָט זיך פֿאַר אַ סאָציאַליסט ניט געפּאַסט. ער פֿלעגט, צום ביישפּיל, געבען אָנצוהערעניש אויף די אַריסטאָקראַטען, מיט וועלכע ער איז באַפֿריינדעט. ער פֿלעגט זאָגען מיט אַ באַריהמערישען טאָן: „מיין פֿריינד לאָרד דער-און-דער האָט מיר דערצעהלט..." אָדער: „ווען איך האָב נעגעסען דינער ביי לאָרד דעם-און-דעם..." ער איז אָבער פֿאָרט געווען אַן אמת איבערגעבענער סאָציאַליסט; און הגם אין זיינע געשפּרעכען און אין די פּאַרטיי-צאַנקערייען, אין וועלכע ער האָט אַנטייל גענומען, האָט ער ניט געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ קלוגען, טאַקטפֿולען מענשען, איז ער אָבער געווען אַ זעלטען פֿעהיגער119מאַן און אַ פֿיינער דענקער. ער איז געווען איינער פֿון די וויכטיגסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿערזענליכקייטען אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג פֿון אייראָפּאַ.
אין דעם צווייטען באַנד האָב איך דערמאָנט די טאָכטער פֿון קאַרל מאַרקס, עלעאַנאַ מאַרקס-עוועלינג, און איהר מאַן, עדואַרד עוועלינג, און די רעדעם, וואָס זיי האָבען געהאַלטען אויף זייער באַזוך אין ניו יאָרק. אין לאָנדאָן בין איך מיט זיי באַקאַנט געוואָרען און פֿלעג זיך מיט זיי זעהן זעהר אָפֿט.
איך בין געווען אַן אָפֿטער איינגעהער ביי זיי אין שטוב און אַ פּאָר מאָל איז אונז אויסגעקומען צו רעדען אויף דער זעלבער פֿאַרזאַמלונג. זי איז געווען פֿול מיט לעבען און זעהר אינטערעסאַנט אין געזעלשאַפֿט. איין מאָל, שטעהענדיג מיט מיר פֿאַר אַ גרופּע פֿון אונזערע אידישע סאָציאַליסטען, האָט זי מיך אַרומגענומען מיט אַזוי אַ ליעב געהאַט צו רעדען וועגען זיך אַלס אַ אידיש קינד.
זי און איהר מאַן האָבען געמאַכט אַ לעבען פֿון שרייבען און איהר איז אויסגעקומען צו אַרבייטען זעהר שווער. אַזוי ווי זי האָט געקענט עטליכע שפּראַכען, האָט זי געמאַכט איבערזעצונגען פֿון דייטש, פֿון פֿראַנצויזיש, פֿון איטאַליעניש און אַמאָל גאָר פֿון נאָרוועניש. אייניגע פֿון איבסען'ס ווערק האָט זי איבערזעצט פֿון דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און דאָס איז אַריין אין דער אַלגעמיין אָנגענומענער סעריע פֿון זיינע דראַמעס אויף דער ענגלישער שפּראַך. די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דעם באַריהמטען רעאַליסטישען ראָמאַן „מאַדאַם באָוואַרי", פֿון דעם פֿראַנצויזישען שרייבער פֿלאָבער, איז אויך איהרע.
מיט אַ מינע פֿון באַדויערען האָט זי מיר אַמאָל פֿאַרטרויט אַ סוד, אַז אָפֿט קומט איהר אויס צו שרייבען אָריגינעלע ווערק, אונטער וועלכע אַנדערע שרייבען אונטער זייערע נעמען. עם120זיינען פֿאַראַן אַזעלכע מענשען, — מענשען מיט אַ סך מעהר געלט, ווי טאַלאַנט — וואָס ווילען אויף אַזא אַרט באַקומען אַ נאָמען דורך פֿרעמדע ליטעראַרישע אַרבייט; איז זי פֿון אָרימקייט געצוואואונגען געווען מענשען פֿון דיזען סאָרט צו פֿאַרקויפֿען ניט נאָר איהר אַרבייט, נאָר אויך איהר נאָמען אַלם פֿאַרפֿאַסערין.
איינמאָל, ווען איך בין געקומען צו זיי, האָט מיר מרם. עוועלינג צוגעפֿיהרט צו אַ קאָרב און געוויזען פֿינף יונגע קעצעלעך, וואָס איהר קאַץ האָט געהאַט מיט אַ פּאָר טעג פֿריהער. דער עלטסטער איז געווען אַ „דזשענטלמען". „און ווייסט איהר ווי איך האָב איהם אַ נאָמען געגעבען?" — האָט זי געזאָגט מיט אַ שמייכעל — „אייברעהעם! אייער נאָמען האָב איך איהם געגעבען".
מיט דריי-פֿיער טעג שפּעטער, ווען איך בין ווידער געקומען, האָט זי מיר געזאָגט מיט אַ טרויעריגען שמייכעל, אַז „אייברעהעם" איז געשטאָרבען.
ווען איך בין נעהענטער באַקאַנט געוואָרען מיט איהר מאַן, איז ער מיר ניט געפֿעלען געווען. און פֿון די גענאָסען האָב איך זיך דערוואואוסט, אַז אין דער באַוועגונג האָט מען צו איהם אויך ווייניג רעספּעקט. איהר אָבער האָבען אַלע געליבט און געשעצט.
שמועסענדיג מיט מיר, האָבען זיי מיר אַמאָל דערצעהלט ווי אַזוי זיי זיינען באַקאַנט געוואָרען. איידער עוועלינג איז אַריין אין דער באַוועגונג, האָט ער זיך הויפּטזעכליך באַשעפֿטיגט מיט נאַטור-וויסענשאַפֿט. איינמאָל האָט ער געהאַלטען אַ פּאָבליק לעקטשור וועגען פֿליגען. ווען ער האָט געענדיגט זיין לעקטשור, איז צו איהם צוגעקומען אַ מאַן מיט אַ גרויסער גרויער באָרד, און האָט צו איהם געזאָגט: „יונגערמאַן, איך שטעהט פֿאַר אַ גוטע קאַריערע אַלם וויסענשאַפֿטס-מאַן". ווען עוועלינג האָט געפֿרעגט ווער ער איז, האָט ער געענטפֿערט: „קאַרל מאַרקס".
„מיין פֿאָטער פֿלעגט געפֿינען צייט צו באַזוכען אַלערליי וויסענשאַפֿטליכע לעקטשורס — האָט מיסעס עוועלינג באַמערקט.
— אַלץ האָט ער נאָכגעפֿאָלגט, אַלץ האָט איהם אינטערעסירט".
אַ געוויסע צייט נאָך יענער לעקטשור, וואָס עוועלינג האָט121געהאַלטען, האָט ער און עלעאָנאָראַ מאַרקס זיך געטראָפֿען אין דער ביבליאָטעק פֿון דעם בריטיש מוזעאום. ער האָט אָנגעפֿאַנגען איהר צו שענקען אויפֿמערקזאַמקייט. ווען ער האָט זיך דערוואוסט, אַז דאָס איז קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער, האָט ער איהר דערצעהלט ווי אַזוי ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט איהר פֿאָטער. אויף דיזען אָרט איז ביסלעכווייז געשלאָסען געוואָרען צווישען זיי אַן אינטימע פֿריינדשאַפֿט. ער איז דאַן געווען אַ פֿאַרהייראַטער מאַן; אָבער ער האָט מיט זיין פֿרוי ניט געוואוינט.
אַ פֿאָר מאָל האָבען זיי מיך גענומען אין טעאַטער. איך געדענק ניט וואָס פֿאַר אַ פֿאַרבינדונג ער האָט געהאַט מיט דער טעאַטער וועלט. ער פֿלעגט אָבער קריגען פֿרייע טיקעטס, אויף אַ גאַנצער באָקס זאָגאַר.
דער לעבען פֿון די אידישע אימיגראַנטען אין לאָנדאָן איז געווען אי שטאַרק עהנליך אי שטאַרק אונעהנליך צו דעם אידישען לעבען אין אַמעריקאַ. ביי אונז איז דער דאָלאַר דאַן נאָך ניט געווען אַזוי פֿריי ווי ער איז געוואָרען שפּעטער, אָבער אין פֿאַרגלייך מיט דעם ענגלישען אַרבייטער איז דער אַמעריקאַנער אַרבייטער דאַן געווען „גוט אָפֿ". אַלץ איז אין ענגלאַנד געווען אָרימער. מיר האָט זיך געדוכט, אַז דאָרטען קוקט איבערהויפֿט יעדע זאַך אויס אַנדערש ווי אין אַמעריקאַ. צוליב די ווייכע קוילען, וואָס מען געברויכט דאָרטען, איז דער ריח פֿון לאָנדאָן דאָן געווען עהנליכער צו דעם ריח פֿון שיקאַגאָ ווי פֿון ניו יאָרק. אָבער פֿון שיקאַגאָ איז לאָנדאָן געווען שטאַרק פֿאַרשידען אין אַנדערע פּרטים.
די לאָנדאָנער פֿאָגס (טומאַנעס) קומען אָן אין די שפּעטערע מאָנאַטען. ווען איך בין דאָרטען געווען, איז דער הימעל געווען קלאָר. אָבער די זון האָט ניט געשיינט אַזוי גאָלד-ליכטיג ווי122אין ניו יאָרק, און דאָס האָט צוגעגעבען צו מיין איינדרוק, אַז אַלץ איז דאָרטען אָרימער און וואָכעדינגער ווי אין אַמעריקאַ.
דאָס וואָס מען רעדט אין ביידע לענדער דיזעלבע שפּראַך, האָט די אַנדערשקייט ניט פֿאַרקלענערט, נאָר אַזוי ווי פֿאַרגרעסערט. דיזעלבע ענגליש, אָבער גאָר אַנאַנדער אויסשפּראַך! דאָס פֿיהלט זיך שאַרפֿער ווי אַנאַנדער לשון. ווען איך בין צום ערשטען מאָל געווען אין זיד-רוסלאַנד, האָט דער דאָרטיגער אידיש מיר געגרילצט אין די אויערען מעהר ווי אַ פֿרעמדע שפּראַך. אויף אַזאַ אונאַנגענעמען שטייגער האָט מיר געקלונגען די לאָנדאָנער ענגליש.
די מענשען אויף די לאָנדאָנער גאַסען זעהען אויס אַנדערש ווי די מענשען פֿון ניו יאָרק. אַנדערע פֿיגורען, אַן אַנדער אַלגעמיינער איינדרוק. און די גאַסען-סצענעם זיינען אויך אַנדערע. אָמניבוסען, געפּאַקט מיט פּאַסאַזשירען פֿון אויבען. אַן ענדלאָזע קייט פֿון מענשען-בערג ציהט זיך און ציהט זיך אָהן אַ שיעור. דאָס איז אין מיין מוח געווען דער בולט'סטער שטריך פֿון אַלע קאָכעדינגע לאָנדאָנער סטריטען. און פֿון אַזעלכע בילדער האָבען מיר אין ניו יאָרק דאַן ניט געוואוסט. היינט האָבען מיר עטוואָס עהנליכעס אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, אין די זומער מאָנאַטען. מיט דרייסיג יאָהר צוריק אָבער האָט מען דאָס אַפֿילו אויף דער פֿינפֿטער עוועניו ניט געזעהן.
דער גאַנצער לעבען איז דאָרטען געווען אַנדערש ווי אין אַמעריקאַ.
אַז איך בין אין אין אירראָפּ, אין יענער טייל פֿון דער וועלט, וואו איך בין געבאָרען געוואָרען און אויפֿגעוואַקסען — דאָס האָב איך אין לאָנדאָן ניט געפֿיהלט. וואָרים ענגלאַנד איז גאַנץ אַנדערש ווי מיין געבורטס-לאַנד, גאַנץ אַנדערש ווי אַלע אַנדערע לענדער אין אירראָפּ. אין דעם צוווייטען באַנד האָב איך דערצעהלט ווי משונה'דיג מיר האָט אויסגעזעהען ליווערפּול, ווען איך האָב די שטאָדט באַזוכט אויף מיין ערשטער רייזע קיין אַמעריקאַ. איצט איז מיר ענגלאַנד געווען אַ סך פֿאַרשטענדליכער און נעהענטער. אָבער אַ טייל פֿון דעם פֿאַר-ניין-יאָהריגען123איינדרוק איז פֿאַרבליבען. אַז ענגלאַנד געהערט צו דער זעלבער אירראָפּ ווי רוסלאַנד, האָט זיך ניט געגלויבט. ניט אַמעריקאַ און ניט אירראָפּ.
איך האָב אָפֿט באַזוכט די רעדאַקציע פֿון „דזשאָסטיס". היינדמאַן, וועלכער האָט די צייטונג געגרינדעט און איז פֿריהער געווען איהר רעדאַקטאָר, האָט די רעדאַקציע מיט אַ פֿאָר יאָהר פֿריהער איבערגעגעבען צו אַן ענגלישען סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען קוועלטש. פֿלעג איך אָפֿט פֿאַרברענגען מיט איהם, מיט טיילאָר'ן, דעם סעקרעטער פֿון דער פּאַרטיי, און מיט אַנדערע ענגלישע גענאָסען.
ווען איך פֿלעג שמועסען מיט מיינע באַקאַנטע ענגלענדער, פֿלעג איך כמעט פֿאַרגעסען, אַז דער אַקצענט איז ביי זיי אַנדערש ווי אין אַמעריקאַ. ווען איך פֿלעג דעם זעלבען אַקצענט הערען פֿון אַנדערע, פֿלעגט ער מיר קלינגען אונאַנגענעם-קאָמיש.
די ענגלישע גענאָסען האָבען מיר איינגעלאָדען האַלטען אַ לעקטשור. דער מיטינג איז פֿאָרגעקומען אין אַ זונטאָג אָוונט, אין דעם זאַל פֿון דער פּאַרטיי אויפֿ'ן „סטרענד". מיין טעמא איז געווען וועגען דער ענטוויקלונג פֿון די טראָסטס אין אַמעריקאַ — אַן ענין, וועלכער איז נאָך דאַן געווען כמעט ניי.
דער מיטינג איז געווען פּונקט ווי אַזעלכע מיטינגען פֿלעגען דאַן זיין אין אַמעריקאַ. דער זעלבער כאַראַקטער פֿון די פֿראַגען און די דעבאַטען נאָך דער לעקטשור, דערזעלבער אַלגעמיינער איינדרוק.
איינער פֿון די, וואָס האָבען אַנטייל גענומען אין דער דיסקוסיע איז געווען אַ דיקער מאַן מיט אַ רויטען פּנים און בלאָנדע האָר. ער האָט גערעדט שלעכט ענגליש, מיט אַ שווערען דייטשען אַקצענט, און עס איז לייכט געווען צו זעהן, אַז ער האָט די שפּראַך געלערענט אין די פֿאַראייניגטע שטאַטען אָדער קענעדע. עס איז געווען דייטליך, אַז דאָס איז אַ דייטש, וואָס האָט עמיגרירט קיין אַמעריקאַ. ער איז מיט מיין לעקטשור124געווען שטאַרק אונצופֿרידען. ער האָט פֿאַרטיידיגט די אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטען.
נאָך איהם האָט דאָס וואָרט גענומען אַן אינטעליגענטער אַמעריקאַנער סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען ווילשיר, וועלכער האָט זיך מיט אַ געוויסער צייט פֿריהער באַזעצט אין לאָנדאָן. ער האָט פֿאַרטיידיגט און געלויבט מיין לעקטשור און צוגעגעבען פֿאַקטען, צו באַווייזען אַז אַמעריקאַנער געשעפֿטען געהען איבער אין די הענט פֿון די טראָסטס.
איך האָב מיין לעקטשור געשלאָסען מיט אַן ערקלערונג, אַז די טראָסטס גיבען אָנצוהערעניש, דאָס אַמעריקאַ געהט צום סאָציאַליזם — אַז עס ווערט אָפּגעשאַפֿט די קאָנקורענץ, אַז די געשעפֿטען ווערען פֿאַראייניגט. שלעכט זיינען ניט די טראָסטס, נאָר דאָס וואָס זיי געהערען צו קאַפּיטאַליסטען — האָב איך אויסגעפֿיהרט. מיינע לעצטע ווערטער זיינען געווען: „באַזייטיגט זייערע איצטיגע באַלעבאַטים, זאָלען זיי ווערען דאָס אייגענטום פֿון פֿאָלק, און אַנשטאָט אַן אונגליק, וועלען זיי זיין אַ גליק!"
דער אַמעריקאַנער, וואָס האָט זיך באַטייליגט אין דער דעבאַטע, האָט איבערגעזאָגנט דיזע ווערטער מיינע און האָט באַמערקט, אַז מען האָט זיי באַדאַרפֿט אויפֿהענגען אויף יעדען סטריט קאָרנער און אין יעדער סטרים קאָר. דער דייטש האָט גיפֿטיג געלאַכט פֿון איהם, און איהם אָפֿט אונטערבראָכען. דער אַמעריקאַנער האָט העפֿליך און גרודולדיג געענטפֿערט אויף זיינע באַמערקונגען. עס האָט זיך ביי זיי ענטוויקעלט אַ צווישען-געשפּרעך. די ענגלענדער האָבען זיך צוגעהערט מיט שמייכלען. עס איז זיי געווען קאָמיש צו זעהען ווי דער אמת'ער אַמעריקאַנער קריטיקירט אַמעריקאַ און דער אימיגראַנט, וואָס רעדט אַ געבראָכענעם ענגליש, פֿאַרטיידיגט איהר. ענדליך האָט דער דייטש פֿאַרלאָרען די גרודולד, און מיט אַ בייזען געשריי איז ער אַרוים פֿון זאַל. עס האָט אויסגעזעצט אַ געלעכטער.
— מסתמא רייך געוואָרען אין אַמעריקאַ, — האָט דער אַמעריקאַנער דעבאַטאַנט דערנאָך באַמערקט אין אַ געשפּרעך125מיט מיר. — אפֿשר אַ סאַלון-קיפּער און אַ פּאָליטישען ערגעץ-וואו אין סיינט-לואיס אָדער סינסינעטי".
צווישען די סאָציאַליסטען, מיט וועלכע איך בין אין לאָנדאָן באַקאַנט געוואָרען, איז געווען אַן אַלטער דייטש מיט אַ לאַנגער, ווייסער באָרד. לעסנער האָט ער געהייסען. ער איז געווען אַ שניידער, און מיט איניגע יאָהרען פֿריהער האָט ער געאַרבייט ביי זיין טרייד. איצט איז ער שוין געווען צו אַלט. זיין פֿרוי האָט געהאַלטען אַ באָרדינג הויז, און זיי האָבען זיך געלעבט ניט שלעכט.
ווען קאַרל מאַרקס האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן און ער האָט דאָרטען געגרינדעט זיין דייטשען „קאָמוניסטישען קלוב", אין די פֿערצינגער יאָהרען, איז לעסנער געווען איינער פֿון די מיטגלידער. איצט, אין די געשפּרעכבען, וואָס איך פֿלעג האָבען מיט לעסנער'ן, פֿלעגט ער אויף זיין עהרליכען, נאַאיווען שטייגער זיך באַריהמען מיט דער פֿריינדשאַפֿט, וואָס האָט עקזיסטירט צווישען איהם און מאַרקס'ן. צום אַנדענקען האָט דער באַריהמטער דענקער איהם געגעבען אַן עקזעמפּלאַר פֿון זיין „דאָס קאַפּיטאַל". אַלזאָ, האָט לעסנער מיר צום אַנדענקען געגעבען אַ פֿאָטאָגראַף, אויף וועלכען ער איז אַרונטערגענומען האַלטענדיג דעם דאָזיגען בוך אין האַנט.
ווען איך האָב איהם באַזוכט, האָט זיין פֿרוי מיר מכבד געווען מיט דייטשע מאַכלים, און ער האָט מיר דערצעהלט וועגען קאַרל מאַרקס'ן און זיין לעבען אין לאָנדאָן. צעהנדליגע מעשה'לעך און אַנעקדאָטען האָט ער מיר איבערגעגעבען — וועגען דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון „קאַפּיטאַל", וועגען פֿריעדריך ענגעלס'ן און וועגען אַנדערע מיטגלידער פֿון זייער גרופּע.
מיין גרעסטער פֿאַרגעניגען אין יענע טעג פֿלעגט זיין אין דער פֿריה זיך אַרויפֿצוזעצען אויף דער אויבערשטער טייל פֿון אַ באָס (אָמניבוס), פֿאָהרען ווייט, און אַזוי זיצענדיג אויפֿ'ן דאַך, קוקען אויף די גאַסען-סצענעס. איין טאָג פֿלעג איך פֿאָהרען מיט איין באָס, אַ צווייטען טאָג מיט אַן אַנדערען. איך האָב126אויך ליעב געהאַט צו געהן שפּאַצירען איבער די פֿאַרשידענע געגענדען. אויף דיזען אָרט בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט דער גרויסער שטאָדט לאָנדאָן.
איך פֿלעג אויך אָפֿט פֿאַרברענגען אַ פֿאָר שטונדען אין דעם בריטיש מוזעאום, אָדער באַזוכען מיינע נייע באַקאַנטע, אידען אָדער ענגלענדער. אין אָוונד פֿלעגען זיך אָנפֿאַנגען די מיטינגען מיט די לעקטשורס, מיט די מאַסען-פֿאַרזאַמלונגען. כמעט יעדען אָוונד איז געווען עפּעס נייעס: אַ מיטינג, אַ לעקטשור, אַ צוזאַמענשטויס מיט אַן אַנאַרכיסט, אַ צוזאַמענקונפֿט פֿון די גענאָסען אין אַ פּריוואַטע הויז
נאָכדעם ווי איך בין אָפּגעווען אין לאָנדאָן אַ פֿאָר וואָכען, בין איך אַוועקגעפֿאָהרען קיין פּאַריז.
די קורצע רייזע איבער דעם ענגלישען קאַנאַל איז באַריהמט אַלס אַ שווערע רייזע. זעלטען וועלכער פּאַסאַזשיר עס מיידט דאָרטען אויס ים-קראַנקהייט. איך האָב געפֿיהלט געזונט און מונטער, ווי איך פֿיהל זיך אימער אויפֿ'ן ים.
גלייך ווי מיר האָבען דערגרייכט דעם פֿראַנצויזישען ברעג, דעם ברעג פֿון דער אירראָפּעאישער הויפּט-לאַנד, האָט מיר דורכגעדרונגען אַ באַוואוסטזיין, אַז אויף דיזער ערד בין איך געבאָרען געוואָרען. די ערד, אויף וועלכער איך האָב איצט אַרויפֿגעטראָטען, אַראָפֿגעהענדיג פֿון שיף, איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאָרטזעצונג פֿון יענער ערד, אויף וועלכער עס שטעהט פּאָדברעזע און ווילנא. ווען דער צוג האָט גענומען געהן, האָב איך ניט ווילענדיג געהאַט אין זינען, אַז יעדע סעקונדע ברענגט מיר נעהענטער צו ווילנא. איך האָב דאַן ניט געהאַט קיין האָפֿנונג דאָרטען ווען עס איז צו זיין. דער געפֿיהל אָבער אַז איך בין אויף דער זעלבער ערד, און קום צו נעהענטער און נעהענטער, איז געווען אַ תענוג געפֿיהל.127פּונקט צעהן יאָהר זיינען פֿאַראיבער זינט איך בין אַוועק פֿון דער היים. אין יענע צייטען איז אַמעריקאַ געווען אַ סך ווייטער פֿון רוסלאַנד ווי היינט. פֿריהער פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז איך וועל צוריק אין אירראָפּ שוין קיינמאָל ניט זיין. און איצט, אַז איך בין יאָ אין אירראָפּ, האָט זיך אין מיר אויפֿגעוועקט אַ נייע בענקעניש נאָך מיין אַלטער היים. זייענדיג אין לאָנדאָן האָב איך געבענקט נאָך ניו יאָרק. זיצענדיג אין דעם צוג, וואָס האָט מיר געפֿיהרט קיין פּאַריז, האָב איך געבענקט נאָך ווילנא.
אין פּאַריז בין איך אָנגעקומען פֿינף אזייגער אין דער פֿריה. איך בין אַרויס פֿון וואַגאָן מיט מיין רייזע-טאַש אין האַנט. איך בין געווען הונגעריג און דורשטיג. איך בין אריין אין דער ערשטער קאַפֿע וואָס איך האָב דערזעהן. ווען איך האָב געבעטען קאַפֿע מיט קוכען (איך האָב געקענט אַביסעל פֿלאַפֿלען אויף פֿראַנצויזיש; לעזען האָב איך געקענט אַ סך מעהר), האָט מען מיר דערלאַנגט אַ שיסעל מיט קאַפֿע און מיט אַ גרויסער לעפֿעל, אַזוי ווי דאָס וואָלט געווען זופּ. עס איז מיר אויסגעקומען קאָמיש, אָבער אינטערעסאַנט. די קאַפֿע איז געווען שוואַך, אָבער היים און געשמאַק און די באַריהמטע פּאַריזער ווייס-ברויט איז מיר געפֿעלען געוואָרען. עסענדיג האָב איך צו זיך געזאָגט, אַז איך בין אין פּאַריז, אין דער באַריהמטער וועלט-שטאָדט, אין וועלכער עס זיינען פֿאָרגעקומען רעוואָלוציעס און וועלכע איז באַשריבען אין ראָמאַנען. אָבער דאָס איז נאָר געווען אין מוח. מיין האַרץ האָט גערעדט וועגען אַן אַנדער שטאָדט. זי האָט ניט אויפֿגעהערט צו טענה'ן, אַז איך געפֿין זיך אויף דער זעלבער ערד, אויף וועלכער עס שטעהט ווילנא.
ווען איך שרייב דיזע ווערטער, קומט דער געפֿיהל פֿון יענעם פֿריהמאָרגען צו מיר מיט אַ מערקווירדיגער דייטליכקייט.
איך האָב פֿאַרגעסען צו באַמערקען, אַז איידער איך בין אַוועקגעפֿאָהרען קיין לאָנדאָן, האָבען מיינע לאָנדאָנער גענאָסען באַקומען אַ בריף פֿון פּאַריז פֿון די דאָרטיגע אידישע סאָציאַליסטען. זיי האָבען נעמליך געבעטען, אַז פֿאָהרענדיג צום קאָנגרעס,128זאָל איך אין פֿאַריז זיך אָפּשטעלען און האַלטען אַ רעדע פֿאַר די דאָרטיגע אידישע אַרבייטער. דער אַדרעס וואוהין איך זאָל אַרײַנפֿאָהרען, איז געווען פֿון איינעם דאַוויד גאָרדאָן. אַלזאָ, נאָך ברעקפֿעסט, האָב איך גענומען אַ „פֿיאַקר" און בין אַוועקגעפֿאָהרען אויף יענעם אַדרעס.
עס איז געווען אַ פֿינער פֿריהמאָרגען. די זון האָט באלויכטען וויסע געבײַדעס, גרויע געבײַדעס, גאָר ניט ווי די לאָנדאָנער מויערען. אין מיינע אויגען איז פֿאַריז געווען אַ סך עהנליכער צו ווילנא ווי צו לאָנדאָן. די פֿראָנצויזען וואָס איך האָב געזעהן אויף די גאַסען—די איזוואָשטשיקעס, די אַרבייטער—זיינען געווען אַביסעל אַנדערש געקליידעט ווי אַזעלכע מענשען קליידען זיך אין רוסלאַנד. און דאָך האָבען זיי אויף מיר געמאַכט אַן אײַנדרוק אַזוי ווי זיי וואָלטען געהאַט אַ סך מעהר שייכות צו דער באַפֿעלקערונג פֿון מיין געבורטסלאַנד ווי צו די אײַנוואוינער פֿון ענגלאַנד.
אַלץ האָט באַשטעטיגט מיין געפֿיהל, אַז איך געפֿין זיך אויף דער זעלבער ערד, וואו איך בין געבאָרען געוואָרען. אַזוי האָט זיך מיר געדוכט.
מיר זיינען אַריבערגעפֿאָהרען איבער אַ בריק, איינער פֿון פֿילע בריקען, וועלכע האָבען זיך געזעהן אויף דעם סעין טײַך. איבער'ן וואַסער זיינען געגאַנגען דאַמף-שיפֿלעך — אייניגע מיט פֿאַסאַזשירען, אַנדערע מיט פֿראַכט. עס האָבען זיך געהערט די שטימען פֿון די, וואָס האָבען ביי די פֿאַסאַזשירען קאָלעקטירט דעם געצאָהלט פֿאַר'ן פֿאָהרען. איבער'ן ברוק פֿון דער גאַס, וואָס געהט פֿאַזע ברעג, האָבען גערוישט דראָשקעס און פֿראַכט-וואָגענס. עס האָבען זיך געזעהן באַלעבאַסטעס מיט קאָשיקעס. עס איז געווען פֿרעהליך. עס האָט זיך געפֿיהלט דער לעבען פֿון אַ גרויסער שטאָדט.
דער אַדרעס וואָס איך האָב געהאַט האָט מיר געבראַכט צו אַ קליינעם מויער אויף אַ שטילער זייטיגער געסעל, ניט ווייט פֿון טײַך. דאָרטען האָט מיר אויפֿגענומען דאַוויד גאָרדאָן און זיין פֿרוי.
עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז ער איז אַ ווילנער, און אַז איך געדענק איהם אַלם גימנאַזיסט.129ביי זיי בין איך איינגעשטאַנען די וואָך וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין פֿאַריז אויף מיין וועג קיין בריסעל.
דאַוויד גאָרדאָן איז געווען אַ וויציגער יונג, און זיין פֿרוי — אַ גוט-מוטיגע, אַ לעבעדיגע. ער האָט געאַרבייט אויף אַ שטאָל-פֿאַבריק, שווער געהאָרעוועט און ווייניג פֿאַרדינט. ביי זיי אין שטוב איז אָבער אימער געווען פֿרעהליך. ער האָט אַלע ווײַלע געזאָגט אַ וויץ און זי האָט געלאַכט.
זיי האָבען געוואוינט אויף דעם אונטערשטען עטאַזש, אָהן טרעפּ, אויף אַ קליינעם הויף. אַזוי ווי עס איז געווען זומער, פֿלעגט זייער טיר דאָס רוב זיין אָפֿען, און דער הויפֿעלע איז געווען אַזוי ווי אַ טייל פֿון זייער דירה.
צו זיי פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען גאָרדאָן'ס שוועסטער יעווא, וועלכע האָט געוואוינט אַנדערשוואו. זי איז אויך געווען אַ לעבעדיגע, אַ לוסטיגע. זי האָט געהאַט אַ פֿיינע שטימע, און דאָס רוב פֿלעגט זי אַרײַנקומען זינגענדיג.
ביי די גאָרדאָנס אויפֿ'ן וואַנט, אין אַ ווינקעל, איז געהאַנגען אַ קליינע פֿאָטאָגראַפֿישע בילד פֿון אַ רוסישען רעוואָלוציאָנער, אַ קריסט מיט'ן נאָמען קאָשינצעוו; האָט מיר מאַדאַם גאָרדאָן אײַנגעראַמט אַ סוד, אַז דאָס איז יעווא'ס חתן, און אַז ער זיצט אין אַ פֿראַנצויזישער געפֿענגניש פֿאַר אַ טעראָריסטישער פֿאַרשווערונג, וועלכע ער און נאָך עטליכע רוסען האָבען אָרגאַניזירט אין פֿראַנקרייך געגען דער רוסישער רעגירונג. די באַציהונגען צווישען יעווא'ן און קאָשינצעוו'ן זיינען אָבער ניט געווען קיין סוד. זי אַליין האָט וועגען איהם גערעדט ווי וועגען איהר חתן. זי האָט מיר דערצעהלט ווי זי באַזוכט איהם אין געפֿענגניס, וואָס פֿאַר אַ סאָרט מענש ער איז, און ווען ער ערוואָרט צו זיין פֿריי.130זי האָט מיר געפֿיהרט ווייזען פֿאַריז.
די פֿאַריזער גאַסען האָבען אויף מיר צוערשט קיין אײַנדרוק ניט געמאַכט. אין ניו יאָרק און אין לאָנדאָן זיינען די קראָודס געווען גרעסער און די סטאָרס האָבען אויסגעזעהן רייכער. אַן אײַנדרוק האָבען אויף מיר געמאַכט די גרויסע בלויזע, שעהן אויסגעפֿלאַסטערטע פּלעצער, פּרעכטיגע לאָנקעם און ריזיגע בלומען-ביימען, וועלכע האָבען זיך געצויגען דורכ'ן מיטען שטאָדט — ענדלאָזע הויפֿען, סקווערען, ברייטע אַלעען, אָפֿענע פֿאַרקען-שטרעקעס. אין ניו יאָרק איז אַזעלכעם ניטאָ; כמעט אַלץ איז פֿאַרבויט. און דאַן איז ניו יאָרק געווען נאָר מאַנהעטען — אַ שמאָלער פּאַס לאַנד צווישען צוויי טייכען, און כמעט יעדער סטריט איז געווען פּריוואַטע אייגענטום, געשאַצט לויט דעם פּרײַז פֿון „רעל עסטייט". לאָנדאָן האָט געהאַט מעהר פֿרייע פּלאַץ, מעהר סקווערס. אָבער אַזעלכע גרויסע פֿרייע שמח'ס, אַלס אַ צירונג — דאָס האָט לאָנדאָן אויך ניט געהאַט.
קיין שטאָדט איז ניט אַזוי גוט אַדוועריטייזט ווי פֿאַריז. צעהנדליגער פֿון איהרע גאַסען, און כמעט אַלע איהרע סקווערס, מאָנומענטען, פֿאַרקען, מוזעאומס ווייס מען פֿון היסטאָריע און פֿון ראָמאַנען. די פֿראַנצויזישע געשיכטע און די פֿראַנצויזישע ליטעראַטור ווערט געלעזען און געלערענט אויף אַלע שפּראַכען. אַ חוץ דעם, זיינען די פֿאַריזער גאַסען דערמאָנט אין דער בעלע-טריסטיק, וואָס ווערט געשריבען אין אַנדערע לענדער. רייכע מענשען אָדער קינסטלער פֿאָהרען קיין פֿאַריז. „העלדען" און „העלדינען" פֿון ראָמאַנען באַזוכען פֿאַריז.
די נעמען זיינען מיר געווען גוט באַקאַנט. פֿילע פֿון די גאַסען, סקווערס, מוזעאומס האָב איך אימער געגאַרט צו זעהן. איצט, אַלזאָ, האָב איך געהאַט די געלעגענהייט צו ערפֿילען מיין וואונש. אייניגע פֿון זיי האָבען מיר ענטוישט; אייניגע — ניט. אין סך הכל האָט די שטאָדט מיר שטאַרק פֿאַראינטערעסירט.
דער אינטערעס איז פֿאַרגרעסערט געוואָרען, ווען איך האָב די באַריהמטע גרויסע בולוואַרען געזעהן אין אָוונט. די פֿרעהליכע גרופּען ביי די טישלעך וואָס שטעהען פֿון דרויסען אויף די טראָטואַרען און דער פֿרעהליכער עולם וואָס שטראָמט פֿאַרביי —131דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר געווען אַ רייצענדע נייעס. עס האָט געאָטעמט מיט זאָרגלאָזיגקייט, מיט אַ פֿרייען גייסט, וועלכער איז פֿרעמד אי אין ניו יאָרק, אי אין לאָנדאָן.
אין דעם לאַטינישען קוואַרטאַל, דער געגענד פֿון סטודענטען, ליטעראַטען, קינסטלער, אינטעליגענטע אָרימע לייט אַלערליי, האָט יעווא גאָרדאָן מיר באַקאַנט געמאַכט מיט אייניגע פֿון די רוסישע רעוואָלוציאָנערען, וואָס האָבען דאַן געוואוינט אין פֿאַריז. צווישען זיי האָב איך געפֿונען מיין ווילנער קרוזשאָק-חבר, דעם שעהנעם בלאָנדען פּאָליאַק אנטאָן גנאַטאָווסקי. דאָ האָב איך זיך דערוואוסט, אַז אין 1887 האָט ער אַנטייל גענומען אין דער פֿאַרשווערונג געגען דעם רוסישען קיסר אַלעקסאַנדער דעם דריטען. די אַטאַקע איז געווען צוגעגרייט אויף דעם זעלבען שטייגער — מיט באָמבעס — און אין דעם זעלבען מאָנאַט און מאָג — דעם ערשטען מערץ — ווי דער באַפֿאַל אויף אַלעקסאַנדער דעם צווייטען. די פֿינף יונגע לייט, וואָס זיינען געשטאַנען געגרייט מיט די באָמבעס, האָט מען אָבער געכאַפֿט איידער זיי האָבען זיי געקענט געברויכען (איינער פֿון זיי איז געווען אוליאַנאָוו, אַן עלטערער ברודער פֿון ניקאָלאַי לענין). זיי האָט מען געהאַנגען. גנאַטאָווסקי און אַ פֿאָר אַנדערע רעוואָלוציאָנערען פֿון די, וואָס האָבען אַנטייל גענומען אין די צוגרייטונגען, זיינען אַנטלאָפֿען.
אויפֿ'ן וועג צו גנאַטאָווסקי'ן האָט יעווא גאָרדאָן מיר דערצעהלט אַז ער וואוינט צוזאַמען מיט איינעם אַ שאַרל ראַפּאָפּאָרט, וועלכער האָט עטליכע יאָהר נאָך מיין אַוועקפֿאָהרען געוואוינט אין ווילנא.
מיר האָבען זיי ביידען געפֿונען אין דער היים; נאָר ראַפּאָפּאָרט האָט זיך געהאַלטען אין וואַשען און אָנטאָן זיך.
אנטאָן גנאַטאָווסקי האָט זיך אין די צעהן יאָהר ווייניג געענדערט. נאָר אַביסעל פֿאַלנער געוואָרען, — פֿאַלנער און נאָך שעהנער. מיר זיינען געזעסען און געשמועסט וועגען וואָלאָדיא סאָקאָלאָוו'ן און אַנדערע געמיינשאַפֿטליכע באַקאַנטע. אנטאָן האָט מיר דערצעהלט, אַז סאָקאָלאָוו האָט חתונה געהאַט מיט זיין (אנטאָן'ס) שוועסטער, און אַז דער שעהנער מאָלאָראָס קוטשערעווסקי132האָט חתונה געהאַט מיט אַ אידישער מיידעל מיט'ן נאָמען קרומהאָלז (אין מיין צייט האָט מען איהר געהאַלטען פֿאַר דער שעהנסטער באַרישניע אין שטאָדט). וועגען זיין איצטיגען מיט-קאָוואָרטיראַנט האָט אנטאָן מיר געזאָגט, אַז ער איז אַ פֿעהיגער מענש און אַ באַלעזענער, און אַז ער האָט ביי די ראַדיקאַלע יונגע לייט פֿון ווילנא געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע.
איך בין נײַגעריג געוואָרען דעם דאָזיגען ראַפּאָפּאָרט'ן צו זעהן. ענדליך איז ער אַרײַנגעקומען. ניט קיין הויכער מאַן, מיט אַ באַרד, וועלכע איז אײַנגאַנצען געווען ווייס פֿון מולינעם. פֿון דעם פּנים און די האָר האָט ער די זייף אָפּגעשוועענקט און אָפּגעוווישט. אָן דער באַרד האָט ער זיך פֿאַרגעסען.
גנאַטאָווסקי און מיין באַגלייטערין האָבען זיך צולאַכט אויפֿ'ן קול, און פֿאַרשטעלענדיג איהם, האָבען זיי מיר ערקלעהרט אַז זיין צוטראָגענקייט איז אַ באַריהמטע זאַך.
מיר האָבען וויטער גערעדט וועגען מיין אַלטער היים. אויך וועגען אַמעריקא, וועגען פֿאַריז און וועגען דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. דעם שטאַרקסטען אײַנדרוק האָט אָבער אויף מיר געמאַכט דאָס, וואָס איך האָב געהערט וועגען ווילנא. מיר האָט זיך געדוכט, אַז אין די צעהן יאָהר האָט זיך אַלץ געענדערט, אַז עס איז אַ גאַנץ אַנדער שטאָדט מיט אַנדערע מענשען. איך האָב קיין מאָל אַזוי דייטליך ניט געפֿיהלט ווי דער לעבען שטראָמט פֿאַרביי. איך בין אַוועק אין אַ שווערער שטימונג.
יעווא גאָרדאָן האָט מיך געפֿיהרט צו אַ רוסישען רעוואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען ג. מיר זיינען אַריין אין זעהר אַן אָרימער הויז, אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿ'ן פֿינפֿטען עטאַזש און אַרײַנגעקומען אין אַ קליין צימערעל. מיר האָבען געפֿונען אַ יונגען ברונעט, אַ דאַרען, אַ בלאַסען. דער הונגער איז איהם געלעגען אויפֿ'ן פּנים. אויפֿ'ן בעטעל האָט זיך געפֿונען אַ צרה'דינגער מאַטראַץ, אַ דאַרער, אַזוי ווי דער קוואָרטיראַנט אַליין. מיין באַגלייטערין האָט ג.'ען געבעטען מאַכען טהיי. יענער האָט געענטפֿערט מיט אַ בייז-פֿאַרשעהמטער מינע, אַז ער האָט ניט קיין טהיי און קיין צוקער. דאַן האָב איך זיך אָנגעבאָטען133צו געהן ברענגען טהיי מיט צוקער מיט געבעק. אָבער ג. האָט מיך ניט געלאָזען. מיט אַן אויסדרוק פֿון בושה און פֿאַרביסענקייט האָט ער געשאָקעלט מיט'ן קאָפּ און געזאָגט אַז „מען דאַרף ניט". וואָס מעהר איך האָב זיך ביי איהם געבעטען, אַלץ בייזער איז געוואָרען זיין פּנים. איך האָב איהם געמוזט פֿאָלגען.
אין פֿאַריז האָט זיך דאַן געפֿונען אַ היבשע צאָל אַנטלאָפֿענע רוסישע רעוואָלוציאָנערען, און ג. איז ניט געווען דער איינציגער וואָס האָט אַזוי געהונגערט. די, וואָס פֿלעגען באַקומען געלט פֿון זייערע עלטערען, פֿלעגען זיך מייסטענס טיילען מיט די אַנדערע. די צאָל פֿון די, וואָס האָבען ניט געהאַט קיין מיטלען, איז אָבער געווען צו גרויס.
ג.'ס אויסגעהונגערטען פּנים קען איך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסען. אין אַמעריקא האָבען מיר פֿון קיין אינטעליגענטע רוסישע אימיגראַנטען וואָס זאָלען זיך געפֿינען אין אַזאַ צושטאַנד, ניט געוואוסט. כמעט יעדער פֿון אונז האָט געפֿונען אַרבייט אויף אַ פֿאַבריק. דאָרטען, ווידער, איז קיין אַרבייט ניט געווען, און צווייטענס, איז זעלטען וועמען פֿון די אינטעליגענטען אײַנגעפֿאַלען אין זינען צו געהן זוכען אַזא באַשעפֿטיגונג. אַז אַ געבילדעטער מענש זאָל זיך פֿאַרדינגען אויף אַ פֿאַבריק אַלס אַ פּראָסטער אַרבייטער — צו אַזא געדאַנק איז מען אין יוראָפּ ניט געווען געוואוינט. דאַוויד גאָרדאָן איז געווען איינער פֿון אַ גאַנץ קליינער צאָל אויסנאהמען אין דיזער באַציהונג. די ביסעל אידישע אַרבייטער וואָס פֿאַריז האָט פֿאַרמאָגט זיינען געווען בעל מלאכה'ס פֿון דער היים, מייסטענס היטעל-מאַכער.
מיין לעקטשור איז פֿאָרגעקומען אין אַ קעלער, אַ סקליעפּ. אין סך הכל האָבען געמוזט זיין ביי די הונדערט און פֿופֿציג מענשען, אפֿשר נאָך ווייניגער; און די אַרבייטער זיינען געווען אַ מינאָריטעט. די איבעריגע זיינען געווען סטודענטען, מייסטענס רעוואָלוציאָנערען פֿון רוסלאַנד.
צו אַזא עולם בין איך ניט געוואוינט געווען צו ריידען אויף אידיש. אין אַמעריקא און אין ענגלאַנד האָב איך אַדרעסירט מאַסען אידישע אַרבייטער, און דאָ איז די מאַיאָריטעט באַשטאַנען134פֿון געשטודירטע רוסישע אידען, וועלכע זיינען געווען אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער אידישער שפּראַך. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ דאַרף מען רעדען אויף רוסיש און ניט אויף אידיש, און איך האָב אַזוי געוואָלט טאָן; נאָר די פֿיהרער פֿון דעם פֿאַראיין האָבען געפֿאָדערט, אַז איך זאָל דוקא ריידען אידיש. גלייך ווי איך האָב אָנגעפֿאַנגען מיין רעדע, האָב איך דערפֿיהלט, אַז זי קלינגט מיינע צוהערער ווי אַ שפּאַס. דאָס האָט מיר געשטערט. מיר האָט זיך געוואָלט אַוועקוואַרפֿען אין מיטען.
דער „בונד" איז נאָך דאַן ניט געבאָרען געוואָרען, און פֿון אַ ספּעציעל אידישער אַרבייטער באַוועגונג האָט מען אין רוסלאַנד ניט געוואוסט. דאָ און דאָרטען האָבען רעוואָלוציאָנערען אַרײַנגעצויגען קליינע גרופֿען אידישע בעל-מלאכה'ס און זיך געסטאַרעט זיי צו ענטוויקלען. אָבער קיין באַדייטונג האָט דאָס ניט געהאַט, און אפֿילו די דאָזיגע אידישע בעל-מלאכה'ס האָבען די רעוואָלוציאָנערען געפּרוופֿט ענטוויקלען אויף רוסיש.
מיין טעמא איז געווען די אידישע אַרבייטער באַוועגונג, וועלכע איז געשאַפֿען געוואָרען אין אַמעריקא און אין ענגלאַנד. דאָס איז געווען אַ נייעס, פֿון וועלכע רוסישע סאָציאַליסטען האָבען קיין באַגריף ניט געהאַט. דער ענין איז מיינע צוהערער געווען פֿרעמד און האָט זיי ווייניג אינטערעסירט.
דאָס אַלץ האָב איך געפֿיהלט און איך האָב ניט גערעדט אויף מיין געוועהנליכען שטייגער. מיין רעדע איז געווען ניט קיין געראָטענע.
אַפּלאָדיסמענטען האָב איך באַקומען גענוג. זיי זיינען אָבער פֿאַר מיר געווען אַ קנאַפּע טרייסט. נאָך דער לעקטשור האָבען אייניגע פֿון די רעוואָלוציאָנערען אויסגעדריקט באַוואונדערונג ווי אַזוי מען קען נאָר האַלטען אַ רעדע אויף אַ אידיש. זיי האָבען מיר געפֿרעגט וועגען דער „אַרבייטער צייטונג" און אונזערע אידישע יוניאָנס און וועגען דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פֿאָרטיי פֿון אַמעריקא. זיי האָבען דאָס געטאָן אויף אַזא שטייגער, ווי אַן ערוואַקסענער מענש פֿרעגט ביי אַ קינד וועגען זיין סקול, — אַזוי ווי די איינציגע זאַך וואָס מען קען נעמען ערנסט וואָלט געווען די רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג אין רוסלאַנד. נאָר איין יונגער135מאַן האָט וועגען אונזער באַוועגונג גערעדט מיט אַן אמת'ן אינטערעס. דאָס איז געווען אַ מיטגליד פֿון פּלעכאַנאָוו'ס רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען, די פּאַרטיי, וועלכע איז געווען איבערצײַגט, אַז די אויסלייזונג פֿון רוסלאַנד קען נאָר קומען דורך דער אַרבייטער באַוועגונג.
אין פּאַריז האָט דאַן געוואוינט דער באַריהמטער פּעטער לאַוואָוו, דער גײַסטיגער פֿיהרער פֿון די רוסישע פֿרײַהייטס-קעמפֿער. אין דעם צוווייטען באַנד איז דערמאָנט געוואָרען דער אָפֿענער בריף (אַ גאַנצער בוך), וואָס פּלעכאַנאָוו האָט צו איהם געשריבען אונטער דעם טיטול „אונזערע מיינונגס-פֿאַרשידענהייטען". פּלעכאַנאָוו'ס איינפֿלום איז יענט דאַן שטאַרק אויסגעוואַקסען. דער רעספּעקט צו לאַוואָוו'ן איז אָבער אַלץ געווען גרויס. ראַדיקאַלע רוסען וואָס האָבען באַזוכט פּאַריז, פֿלעגען צו איהם קומען ווי חסידים צו זייער רבי'ן.
איך האָב געוואוסט, אַז בײַ איהם פֿאַרזאַמעלט מען זיך אַלע דאָנערשטאָג אָוועגט און אַז אין אַנדערע טעג האָט ער קיין חשק ניט אויפֿצונעהמען געסט. איך האָב איהם אָבער דוקא געגאַרט צו זעהן ווען קיין אַנדערע מענשען זיינען ניטאָ דערבײַ. איך האָב געוואָלט מיט איהם האָבען אַן אונגעשטערטען געשפּרעך. אַלזאָ, האָב איך איהם געלאָזט וויסען, אַז אַ רוסישער סאָציאַליסט, וועלכער פֿאָהרט אַלם דעלעגאַט פֿון אַמעריקאַנער אידישע אַרבייטער צו דעם בריסעלער קאָנגרעם, וויל האָבען דעם פֿאָרגעניגען מיט איהם באַקאַנט צו ווערען און איהם צו אינטערוויוען; אַלם רעזולטאַט, האָט ער מיר געשריבען אַ בריוועל פֿול מיט וואַרימער גאַסט-פֿרײַנדליכקייט און געבעטען קומען צו איהם אין אַ געוויסען פֿריהמאָרגען.
ער האָט געוואוינט אויף אַ קליינער קוואַרטיר אויפֿ'ן דריטען אָדער פֿערטען עטאַזש, אין אַן אָרימער הויז אויף רי (גאַם) סאָן זשאַק. איך בין צו צו איהם געקומען אין אַ מאָנטאָג פֿאָרמיטאָג.136ווען איך האָב אָנגעקלונגען, האָט זיך די טיר געעפֿענט, און אויפֿ'ן שוועל איז געשטאַנען אַ הויכער, סטאַטנער גרויער מאַן, אין אַ לײַוועוטענעם שלאָפֿ-ראָק — אַ פֿריץ פֿון קאָפּ ביז די פֿים און אַ געלעהרטער פֿון קאָפּ ביז די פֿים.
ער האָט מיר אריינגעפֿיהרט אין זאַל און געבעטען זיצען. די ווענט זיינען געווען פֿאַרדעקט מיט ביכער, און די פֿאָר אַנדערע צימערלעך, וועלכע האָבען זיך געזעהן פֿון דאָרטען, זיינען אויך געווען פֿול מיט ביכער.
מיר האָבען געהאַט אַ לאַנגען שמועם — וועגען רוסלאַנד און וועגען אַמעריקאַ. אונזער אידישע באַוועגונג האָט איהם אינטערעסירט. ער האָט מיר געשטעלט אַ פֿראַגע נאָך אַ פֿראַגע. די אידישע יוניאָנם, זייער ראַדיקאַלער גײַסט, אונזער אינטערעם אין דעם רוסישען קאַמף — דאָס אַלץ פֿון איהם אַרויסגערופֿען אויסדרוקען פֿון צופֿרידענהייט און סימפּאַטיע.
בײַם זעגענען זיך האָט ער מיר געבעטען קומען אויף זיין „זשור פֿיקס" (אַ באַשטימטער טאָג אין וואָך, ווען מען נעמט אויף געסט), דאָנערשטאָג אָוועגט, און איהם אויך צו באַזוכען נאָך אַמאָל אין אַ פֿריהמאָרגען, ווען איך וועל פֿאָהרען צוריק פֿון קאָנגרעם.
אין דער מינוט, ווען ער האָט מיר באַגלייט בײַ מיין אוועקגעהן, איז צו צו איהם געקומען אַ שעהנער, הויכער, פֿיין-געקליידעטער יונגערמאַן. שפּעטער האָב איך זיך דערוואוסט, אַז דאָס איז אַ פֿליסעניק פֿון לאַרים מעליקאָוו, דער געוועזענער הויפּט-מיניסטער פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט בעאיינפֿלוסט אלעקסאנדער דעם צווייטען, עטליכע טעג פֿאַר זיין (אלעקסאַנדער'ם) טויט, אונטערצושרײַבען אַ קאָנסטיטוציע. דער וויזיט איז געווען אַ געהיימער.
אויף אַן עהנליכען שטייגער פֿלעגען צו לאַוואָוו'ן קומען אַנדערע ליבעראַל-געשטימטע פֿערזאָנען, וואָם האָבען געהאַט וויכטיגע פֿאַרבינדונגען אין רוסלאַנד. אָפֿט פֿלעגט דער גאַסט איהם איבערלאָזען אַ גרעסערע אָדער קלענערע סומע פֿאַר רעוואָלוציאָנערע שריפֿטען.
ווען דער באַריהמטער שריפֿטשטעלער טורגעניעוו האָט געלעבט (און ווי באַקאַנט האָט ער אויך געוואוינט אין פּאַריז), פֿלעגט ער זיך מיט לאַוואָוו'ן זעהן גאַנץ אָפֿט, אויך אויף אַ137געהיימען שטייגער; און דער איינפֿלום פֿון דעם רעוואָלוציאָנערען דענקער מערקט זיך אין אַ פֿאָר פֿון טורגעניעוו'ם זאַכען.
אין דעם טאָג, ווען איך האָב באַזוכט לאַוואָוו'ן, האָב איך זיך אויפֿ'ן גאַם באַגעגענט מיט אַ יונגענמאַן, וועלכען איך האָב געקענט אין ווילנא. ווען איך בין געווען אין דער היים, איז ער געוועזען אַ ישיבה-בחור. ער האָט זיך אָבער שטאַרק אינטערעסירט מיט דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און איך האָב איהם עטליכע מאָל געזעהן אין סאָלאָמאָן מענאַקער'ם הויז. איצט, אַלזאָ, אין פּאַריז, האָב איך זיך מיט איהם געטראָפֿען אויף אַיינער פֿון די גאַסען פֿון דעם לאַטינישען קוואַרטאַל. ער האָט מיר אָפּגעשטעלט. איך גיב אַ קוק: אַ מאַן מיט אַ טיף-ברונעטען פּנים, מיט סאַרע אויגען — יענער ישיבה בחור, אָבער אָהן דעם ישיבה-בחור'שען געשטאַלט. אין די צעהן יאָהר האָט ער זיך געענדערט. אָנשטאָט דעם אמאָליגען „קלויזניק" האָב איך פֿאָר זיך געזעהן אַ מאַן מיט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זעלבסט-ווירדע און אינטעליגענץ אויף דער דונקעלער געזיכט. איך האָב איהם גלייך דערקענט. אָבער זיין נאָמען האָב איך פֿאַרגעסען. ער האָט מיר דערמאָנט. שולמאַן האָט ער געהייסען.
עם האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז ער האָט שוין אַ פֿאָר יאָהר פֿאַרבראַכט אין רוסישע טורמעם, און פֿינף יאָהר אין סיביר. אַרעסטירט האָט מען איהם אין ווילנא, וואו ער האָט געוואָלט אַוועקשיקען אַ קאַסטען מיט שריפֿט אויפֿ'ן וואָקזאַל. דער קאַסטען איז געווען צו שוואַך פֿאַר דער משא, און די בלייענע אותיות האָבען זיך גענומען שיטען. ער האָט געטראָפֿען אַנטלויפֿען. מען האָט איהם אָבער געכאַפּט.
דאָנערשטאָג אָוועגט ווען איך בין געקומען צו לאַוואָוו'ן האָב איך דאָרטען געפֿונען געפֿונען שולמאַנ'ען. ער האָט דעם אַלטען געלערטען געהאָלפֿען אויפֿנעמען די געסט און ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ מין פּריוואַט-סעקרעטאר בײַ איהם.
דער זאַל איז געווען אויפֿגעראַמט און באַלויכטען יום-טוב'דיג און לאַוואָוו איז געווען אויסגעפּוצט. אַ חוץ איהם און138שולמאַנ'ען האָב איך געפֿונען צוויי רוסיש-אידישע מיידלעך. דערנאָך זיינען אָנגעקומען נאָך געסט — אַ פֿאָר פֿרויען און אַ פֿאָר מענער. שולמאַן און איינע פֿון די מיידלעך האָבען אַרומגעפּאַדעט אַרום דעם סאַמאָוואַר און דערלאַנגט טהיי מיט געבעק.
לאַוואָוו'ם איינקונפֿט איז געווען זעהר אַ באַשרענקטער. אויף כּבֿוד, דאָנערשטאָג אָוועגט, האָט אָבער געמוזט זיין, און עם וואָלט איהם אפֿילו אויסגעקומען עפֿעם צו פֿאַרזעצען. ער איז געווען אַ געבאָרענער אריסטאָקראַט, און דיזער „זשור פֿיקם" איז איז בײַ איהם געווען הייליג. בײַ איינינע פֿון די רוסישע רעוואָלוציאָנערען וואָם האָבען געוואוינט אין פּאַריז איז דער אָוועגט אויך געווען הייליג. וואָרים צו לאַוואָוו'ן האָבען זיי געפֿיהלט דעם העכסטען רעספּעקט און ליבע. און עם זיינען אויך געווען אַזעלכע וואָם פֿלעגען אַ גאַנצע וואָך וואַרטען אויף די פֿולקעלעך מיט טהיי, מיט וועלכע ער וועט זיי מכבד זיין.
די דאַמען האָט לאַוואָוו ניט אויפֿגעהערט צו שענקען אויפֿמערקזאַמקייט. איך האָב נאָך פֿריהער געהערט אַז ער איז אַ „גרויסער קאַוואַליער". איצט איז דאָם באַשטעטיגט געוואָרען. דער באַרישניע האָט ער געגעבען אַ קאָמפּלימענט, יענער האָט ער געזאָגט אַ קאַוואַליערישען וויץ. ער האָט אָבער די מענער אויך ניט פֿאַרנאַכלעסיגט. זיין גאַסט-פֿרײַנדליכקייט איז געווען אַ שעהנע, אַן איידעלע. דאַכט זיך ער רעדט מיט איינעם וועגען אַ בוך, זיינע אויגען זעהען אָבער צי דער האָט גענוג צוקער אין זיין טהיי, צי יענעם געפֿעלט די געבעק.
דער אָוועגט האָט אויף מיר איבערגעלאָזען אַ זעהר אַנגענעמען איינדרוק.
מיר האָט אימער אינטערעסירט דער לאַוואָוו מוזעאום, און אויף דיזען וויזיט מיינעם אין פּאַריז האָב איך איהם באַזוכט139דרײַ מאָל. דעם ערשטען מאָל האָט מיר אַהין געפֿיהרט גאָרדאָנ'ם שוועסטער. געהענדיג אַהין האָב איך הויפּטזעכליך געהאַט אין זינען די וועגערא פֿון מילאָם*.
איך האָב זיך פֿיל אַזוי אָנגעהערט וועגען איהר מאַיעסטעטישער שעהנקייט. דעם שטאַרקסטען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט דער געפֿיהל וואָם זי האָט אַרויסגערופֿען אין הײַנריך הײַנע'ן, וועלכער איז געפֿאַלען צו איהרע פֿים מיט טרעהרען פֿון באַוואונדערונג און באַגײַסטערונג אין זיינע אויגען. איך האָב געגלויבט, אַז דיזע לויב-געזאַנגען און מעשׂות זיינען אַ סך איבערטריבען אָדער צוגעפּוצט אויף אַ פּאָעטישען שטייגער; און אויב זי איז ווירקליך אַזוי וואואנדערבאר, דאַרף מען זיין אַ מבֿין אויף סקולפּטור-אַרבייט אום איהר צו קענען אָפּשעצען. דער געוועהנליכער מענש וואָם האָט געזעהן די וועגערא פֿון מילאָם, רעדט וועגען איהר מיט ענטציקונג, פּשוט ווייל אַזוי איז די מאָדע. אַלע זאָגען אַז זי איז זעלטען שעהן, — זאָגט מען נאָך. אַזוי האָב איך זיך געקלערט.
געהענדיג צום לאַוואָוו האָב איך געזאָגט צו מיין באַגלייטערין מיט שפּאָם: „מיין ערשטע פּליכט איז נאַטירליך צו זעהן די וועגערא פֿון מילאָם. לאָמיר איהר באָקוקען, לאָמיר באַגײַסטערט ווערען און געהן ווייטער".
די סטאַטוע געפֿינט זיך אין אַ באַזונדערען צימער בײַם ענד פֿון אַ לאַנגען קאָרידאָר אויף דעם אונטערשטען פּלאָר. זי איז אַרומגעצאַמט מיט אַ זיידענע שטריק און אויף דער ערד ליגען140דערבײַ אַ פֿאָר מירמעל-שטיינערנע שטיקלעך וועלכע האָבען זיך אָפּגעבראָכען פֿון דער פֿיגור (אַזוי, וויינוגסטענס, גלויבט מען) איידער מען האָט איהר אויסגעגראָבען פֿון אונטער דער ערד.
מיר זיינען אַהין אַריין. איך האָב די פֿיגור באָקוקט און געזאָגט: „נו, איך בין שוין ענטציקט; מיר קענען שוין געהן ווייטער". איך האָב ניט געזעהן פֿון וואָם מען מאַכט דאָ אַזאַ וועזען.
מיר זיינען אַרויף אויף אַ העכערען עטאַזש, וואו עם געפֿינען זיך אוצדות פֿון באַריהמטע צירונגען, קרוינען, אַלערליי אַנדערע קאָסטבאַרע זעלטענהייטען; מיר זיינען געגאַנגען דורך די לאַנגע, לאַנגע זאַלען, וואו עם הענגען די בילדער פֿון די גרעסטע וועלט-באַריהמטע מאָהלער פֿון אַלערליי צייטען און לענדער. אַזוי געהענדיג און קוקענדיג אויף די ווענט, האָב איך געפֿיהלט, אַז מיר ווילם דער וועגערא פֿון מילאָם זעהן נאָך אַמאָל.
אין דעם לאַוואָר דאַרף מען פֿאַרברענגען גאַנצענע וואָכען. יעדער זאַל איז פֿול מיט וואואנדערליכע זאַכען, און זאָלען אַזעלכע זיינען פֿאַראַן אָהן אַ שיעור. און אויב מען וויל די בילדער ריכטיג באַנעהמען, קען מען אַ געמעלעכץ מיט אַיין קוק ניט אָפּ'פּטר'ן.
אין איינעם פֿון די ריזינע בילדער-זאַלען האָב איך זיך אַוועקגעזעצט לעבען אַ מאַן, וואָם איז געזעסען אַזיף אַיינער פֿון די סאָפֿעם, וואָם שטעהען אַנטקעגען די מאַלעריִען. ער האָט געהאַלטען אַן אָפֿענעם בוך אויף'ן שוים, און עם האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז דער בוך איז אַן ענגלישער. געקוקט האָט ער צוערשט ניט אין בוך, נאָר אויף דעם בילד וואָם איז געהאַנגען אַנטקעגען איהם. דערנאָך האָט ער זיינע אויגען אַריבערגעטראָגען צום בוך. עם איז ניט געווען קיין קאַטאַלאָג פֿון די בילדער, נאָר אַ ראָמאַן. איך האָב איהם געשטעלט אַ פֿראַגע וועגען דער געמעלעכץ. מיר האָבען זיך צורעדט און ער האָט מיר ערקלערט:
„סתם אַ קוק טאָן און אַוועקגעהן האָט קיין זין ניט — האָט ער געזאָגט — איך טו אַזוי: איך זיץ און קוק ביז מיין אויפֿמערקזאַמקייט ווערט מיד. דאַן לעז איך עטליכע פֿיידזשעם141דערנאָך קוק איך ווידער אויפֿ'ן בילד און אזוי ווייטער. אויף דיזען אָרט שטודיר איך דעם לאַוואָר."
ער האָט גערעדט מיט אַן אַמעריקאַנער אַקצענט:
— און וויפֿיל וועט דאָם אײַך נעהמען? — האָב איך איהם געפֿרעגט.
— איך בין שוין דאָ דעם פֿערטען מאָל, און יעדעם מאָל פֿאַרברענג איך דאָ צו עטליכע טעג, — האָט ער גענטפֿערט.
מיר האָט פֿאַרדראָסען פֿאַרוואָם איך קען אויך ניט טאָן ווי ער.
אַ גאַנץ אנדערען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט אַ צווייטער אַמעריקאַנער. איהם האָב איך דערזעהן אין איינעם פֿון די זאַלען וואו עם שטעהען פֿאַרצײַטיגע גריכישע וואַזעם. ווען איך בין געגאַנגען דורך יענעם זאַל, איז ער געווען כמעט אויסגעצויגען אויף דער ערד, מיט אַ נאָטיץ-ביכעל אין האַנט. ער איז געלעגען בײַ דער נידעריגסטער פּאָליצע פֿון אַ גרויסען שראַנק, געקוקט אויף די וואַזעם און אין זיין קאַטאַלאָג און געשריבען בײַ זיך אין ביכעלע. זיין קאָפּ און פֿיגור זיינען מיר אויסגעקומען זעהר באַקאַנט. דערנאָך האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז דאָם איז טאַקע מײַנער אַ באַקאַנטער פֿון ניו יאָרק, אַן עכטער יענקי, מיט וועמען איך האָב זיך באַגעגענט צווישען די העגרי-דזשאָרדזשיסטען. ער האָט געמאַכט נאָטיצען אין זיין ביכעלע, כּדי ער זאָל קענען נאָכהער אין אמעריקא דערצעהלען וואָם ער האָט געזעהן. ער האָט אָבער דאָם געמאַכט אין אײַלעניש. ער האָט די וואַזעם באַקוקט נאָר פֿון יוצא וועגען. ער האָט נאָר פֿאַרשריבען וואָם פֿאַר אַ וואַזע, פֿון וועלכען יאָהרהונדערט און פֿון וועלכען פּלאַץ.
וואָם אָנבעטרעפֿט מיר, בין איך פֿון איינינע בילדער ווירקליך ענטציקט געווען, אָבער נאָר פֿון איינינע. ווייטער האָט אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקען איינדרוק די גאַנצע מאַסע בילדער און וואַזעם — אַלע אינאיינעם. דער פֿאַקט, אַז יעדער אָדער יעדע פֿון זיי רעכענט זיך פֿאַר אַ קונסט-ווערק, און אַז דיזע אַלע אַלטע אוצדות זיינען צוזאַמענגענומען אין דיזע זאַלען און קאָרידאָרען, האָט מיך איבעראַרשט און אָנגעפֿילט מיט עהר-פֿורכט. פֿילע פֿון די וואַזעם האָבען ווירקליך געהאַט אַ זעלטעגעם142חן. איך האָב דאָס געקענט אָפּשאַצען און האָב זיי באוואונדערט. דער עיקר איז אָבער ביי מיר געווען דער געדאַנק, אַז דיזע אַלע וואָזעם זיינען געמאַכט געוואָרען העכער ווי צוויי טויזענט יאָהר צוריק; געמאַכט געוואָרען פֿון יענע פֿאַרצייטיגע גריכען, וועגען וועלכע איך האָב געלערנט און געלעזען. די אַלטע גריכענלאַנד איז דורך זיי פֿלוצלונג געוואָרען אַ לעבעדיגע מדינה ביי מיר.
איך האָב געוואָלט אַלץ איינשלינגען. אָבער קיין צייט גוט צו באַטראַכטען די בילדער מיט די וואָזעם מיט די אַנדערע קונסט-זאַכען האָב איך ניט געהאַט.
איך האָב ספּעציעל באַקוקט די בילדער פֿון רובענס, פֿון רעמבראַנדט, פֿון וועןַ-דייק, פֿון וועלאַסקעז און פֿון אַנדערע באַריהמטהייטען. די עטליכע בילדער פֿון ראַפֿאַעל, וואָס דער לואָוור פֿאַרמאָגט, האָבען מיר צוטומעלט דעם מוח. איך האָב זיך געקלערט: עס איז, דאַכט זיך, ניטאָ פֿון וואָס נתפּעל צו ווערען. אָבער די וועלט האָלט איהם פֿאַר דעם גרעסטען מאָהלער, איז דאָס מסתּמא וואונדערבאַר, נאָר איך פֿאַרשטעה ניט. אַלזאָ, האָב איך אָנגענומען דעם וואָרט פֿון דער וועלט. איך בין באַגייסטערט געוואָרען פֿון דעם פֿאַקט, אַז אַלע זיינען באַגייסטערט.
איך האָב געברענט מיט דורשט צו פֿאַרשטעהן און צו וויסען. אָבער אייניגע בילדער האָבען אויף מיר ווירקליך געמאַכט אַ טיפֿען איינדרוק.
געהענדיג צוריק, האָב איך ווידער באַזוכט די וועניראָ פֿון מילאָס, און דיזען מאָל האָב איך דערפֿיהלט איהר געטליכע שעהנקייט. די הויכע פֿיגור איז דורכגעדרונגען מיט אַן ערהאַבענעם שטאָלץ; אין איהר מינע איז אויסגעדריקט אַ באַצויבערענדע דערווייטערטערקייט און פֿרעמדקייט; אַ הייליגע רוהיגקייט.
אויף מאָרגען אין דער פֿריה בין איך ווידער געלאָפֿען אין לואָוור. איך האָב ניט געהאַט קיין צייט צו זעהן די בילדער, אָבער די וועניראָ האָב איך באַזוכט. אַ פֿאָר טעג שפּעטער בין איך דאָרטען ווידער געווען, און דיזען מאָל האָב איך, אויסער דער וועניראָ, באַקוקט פֿילע פֿון די אַנדערע סטאַטוען,143און האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צייט אויף דעם אויבערשטען עטאַזש פֿון דעם לואָוור.
איך האָב אויך באַזוכט דעם מוזעאום קליני, אויף דעם בולוואַר סען מישעל, וואו איך האָב געזעהן פֿאַרשידענע טשיקאַווע זאַכען פֿון דעם לעבען אין מיטעל-אַלטער.
אויך בין איך געגאַנגען זעהן נאַפּאָלעאָן'ס קבר, און האָב באַזוכט פֿער לאַשעז — דעם בית-עולם, וואו עס ליגען די קרבנות פֿון דער קאָמונע פֿון 1871.
מיט מיינע באַקאַנטע, נייע אָדער אַלטע, פֿלעג איך זיך טרעפֿען אין דעם אָדער יענעם קאַפֿע, אויף דעם בולוואַר סען מישעל, אָדער אויף אַ קליינעם סקווער דערביי, וועלכער געפֿינט זיך לעבען דעם אוניווערסיטעט (סאָרבאָן) און הייסט פּלאַס דע לאַ סאָרבאָן. דאָס איז דער מיטעל-פּונקט פֿון דעם לאַטינישען קוואַרטאַל. די געמיטליכע אָדער פֿריילעכע געשפּרעכען אַרום די טישלעך אויף די טראָטואַרען, און דער גאַנצער לעבען אַרום, האָבען מיך געצויגען צו זיך. אין איין קאַפֿע אַזעלכען בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט אַ גרופּע אויסלענדער, וועלכע זיינען געווען דעלעגאַטען צו דעם זעלבען קאָנגרעס, צו וועלכען איך בין געפֿאָהרען. אַ פֿאָר פֿון זיי זיינען געווען פֿון רומעניען. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָבען זיי שטודירט אין פּאַריז, און איצט זיינען זיי געווען פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רומעניען. איינער פֿון זיי איז געווען נאַדעזשדאַ, וועלכער איז אַמאָל געווען איינער פֿון די גוט באַקאַנטע פֿאַרזענליכקייטען אין רומעניען.
אין דיזע קאַפֿעס בין איך אויך באַקאַנט געוואָרען מיט צוויי רוסישע אידען, דאָקטוירים, וועלכע האָבען פּראַקטיצירט מעדיצין אין זיד-רוסלאַנד. איינער פֿון זיי, אַ שטאָדט-דאָקטאָר אין דערהיים, איז אויף די זומער מאָנאַטען געפֿאָהרען באַקוקען די געזונדהייטס אפּטיילונגען פֿון דער בערלינער, וויענער און פּאַריזער שטאָדט-דעגירונגען. איצט איז ער, אַלזאָ, געווען אין פּאַריז. ער איז געווען אַ רעדעוודיגער מענש מיט אַ גליהענדען טעמפּעראַמענט. ער האָט פֿראָסט געברענט מיט דורשט נאָך'ן144פּאַריזער לעבען, און פֿון זיינע לוסטיגע רייד האָט געשפּריצט מיט אינטערעסאַנטע באַמערקונגען.
דער גייסט פֿון דיזען קוואַרטאַל, דער גייסט פֿון וויסענשאַפֿט, קונסט און ליבע האָט זיך דאָ געפֿיהלט אומעטום. די סאַמע לופֿט האָט דאָ געשריען, אַז עס איז פּאַריז. איינמאָל, ווען איך און דער טעמפּעראַמענטפֿולער דאָקטאָר זיינען געזעסען ביי אַ טישעל אויף דעם סאָרבאָן סקווער, איז ביי אַ דערבייאיגען טישעל פֿאָרגעקומען אַזאַ סצענע: אַ קאַמפּאַניע יונגע פֿראַנצויזישע סטודענטען האָט פֿריילעך געשמועסט און געזופֿט שוואַרצע קאַפֿע. באַלד האָבען זיי דערזעהן ווי אין אַן אָפֿענער קאַרעטע פֿאָהרט פֿאַרביי אַ שעהנע יונגע פֿרוי; זיי האָבען אָנגעהויבען צו איהר צו זינגען שטיפֿעריש. גלייך האָט זי געהייסען דעם קוטשער פֿאַרקערעווען דעם פֿערד צו זיי. זי איז צוגעפֿאָהרען און אַראָפּגעשפּרונגען פּונקט אויפ'ן מיטען פֿון זייער טישעל, עס איז געוואָרען אַ הוררא׳ה געשריי, אַ לוסטיגער געפֿילדער, אַ מעהר-אָדער-ווייניגער אַנשטענדיגע שטיפֿעריי. ענדליך האָט זיך די פֿרוי אויך געזעצט און מען האָט איהר דערלאַנגט עפּעס צו טרינקען.
— מיינט ניט, אַז מעהר ווי הוליען קענען דיזע יונגע לייט ניט, — האָט צו מיר געזאָגט דער דאָקטאָר, וועלכער איז געווען גוט באַקאַנט מיט פּאַריז, — ווען זיי שטיפֿען, שטיפֿען זיי, און ווען זיי לערנען, זיינען אַזעלכע פֿלייסיגע, שווער-אַרבייטענדע סטודענטען אויף דער וועלט ניטאָ. דער אונגליק מיט אונז, רוסען, איז, וואָס מיר זיינען איינזייטיג. אונזערער אַ סטודענט איז ענטוועדער צו סעריעז אָדער אַן אונאויפֿהערליכער פֿאַניצע און הולטאַי.
איך האָב געזאָגט, אַז זייענדיג אין פּאַריז, האָב איך זיך דערפֿיהלט נעהנטער צו מיין געבורטס-שטאָדט. עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז יעוואַ גאָרדאָן, די ווילנערין, איז אין דערהיים145געווען אַ חבר'טע פֿון מיין קוזינע, רעוועקאַ, די עלטערע טאָכטער פֿון מיין מוהמע פֿייגע. זי האָט מיר דערצעהלט, אַז נאָכדעם ווי רעוועקאַ האָט געענדיגט שטודירען אין ווילנאַ, האָט זי פֿאַרבראַכט עטליכע יאָהר אין זשענעוואַ, שווייץ, וואו זי איז געווען אין אוניווערסיטעט. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ ניעם. עס איז אַזוי אויסגעקומען, אַז איך האָב עטליכע יאָהר ניט געשריבען אהיים און פֿון דאָרטען קיין בריעף ניט באַקומען.
מיין לעבען אין אַמעריקאַ איז געווען אַזוי פֿאַרשידען פֿון דעם לעבען פֿון מיינע עלטערען, אַז שרייבען זיי וועגען מיינע ערפֿאָהרונגען האָב איך ניט געקענט. געוועהנליך שרייבט מען נאָר פֿון יוצא וועגען, און מיר איז דאָס שווער צו טאָן. אַ חוץ דעם, האָט מען דאַן וועגען אַזעלכע טעטיגקייטען ווי מיינע קיין רוסלאַנד שרייבען אָפֿען ניט געקענט. איז געווען אַ געוויסע צייט, ווען איך האָב קיין חשק ניט געהאַט צו שרייבען. איך האָב אָפּגעלייגט פֿון וואָך צו וואָך. אַזוי זיינען אַוועק עטליכע מאָנאַט. און דאַן האָב איך שוין באַדאַרפֿט געפֿינען תּרוצים פֿאַרוואָס איך האָב אַזוי לאַנג געשוויגען. פֿלעג איך ווידער אָפּלייגען, ווידער און ווידער. און וואָס מעהר צייט עס געהט אַוועק, אַלץ שווערער איז צו ערקלערען, און אַלץ שווערער איז אָנצוהויבען צו שרייבען.
איך בין צו מיינע עלטערען געווען שטאַרק צוגעבונדען. איך האָב אימער געבענקט נאָך זיי. איך האָב זיך באַטראַכט ווי אַ פֿאַרברעכער. איך האָב אָבער קיין מוט ניט געהאַט זיך צו נעמען שרייבען אַ בריעף צו זיי.
אויף דיזען אָרט קלייבט זיך אַ יאָהר צו אַ יאָהר, ביז מען ווערט צוגעוואואינט צו טראָגען דעם לאַסט פֿון געוויסענס-ביסע. עס איז ניט אַנגענעהם צו דערמאָנען זיך, אַז מען באַגעהט אַזאַ פֿאַרברעכען, סטאַרעט מען זיך ניט צו טראַכטען וועגען דעם.
די פֿאַרבינדונגען צווישען די רוסישע אידען און די אַמעריקאַנישע זיינען דאַן ניט געווען אַזוי ענטוויקעלט ווי היינט. איך בין געווען זיכער, אַז מיינע עלטערען הערען ניט פֿון מיר.
איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען ווי מיין ברודעריל וואָקסט אויף, און מיין מוטער מיינט, אַז ער איז אַ בן-יחיד ביי איהר —146אַז איך בין געשטאָרבען. אין אַזעלכע מינוטען פֿלעג איך פֿיהלען די טיפֿסטע שמערצען פֿון זעלבסט-באַשולדיגונג. איך פֿלעג זיך געבען אַ נדר, מאָרגען צו שרייבען אהיים; און מאָרגען פֿלעג איך דאָך ניט שרייבען *.
ווען זיי וואָלטען זיך געניטיגט אין מיין שטיצע, און וואָלט זיי שטיצע געקענט געבען, וואָלט געווען אַנדערש. אויפֿגעהאַלטען האָט זיי אָבער מיין רייכער פֿעטער, חיים-לייב, פֿון פּעטערסבורג, און איך אַליין האָב געלעבט פֿון האַנט אין מויל.
דער פֿאַקט, אַז איך ווייס אַפֿילו ניט אַז מיין קוזינע האָט עטליכע יאָהר פֿאַרבראַכט אין דער שווייץ, האָט אויף מיר געמאַכט אַן אונבאַשרייבליכען איינדרוק. עס האָט מיר באַוויזען, אויף אַן איבעראַשענדען שטייגער, ווי ווייט איך בין אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער היים. איך בין ערשטוינט געוואָרען. און דאָ איז פּאַריז! איך בין אַזוי נאָהענט צו זיי — אַזוי נאָהענט און אַזוי פֿרעמד!
דעם זעלבען טאָג האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אויפֿגעשריבען אַ בריעף צו מיינע עלטערען און צו מיין מוהמע'ן. מיין הויפֿט אינטערעס אין שרייבען איז געווען אַ ריינער — די טיפֿסטע ליבע צו מיינע עלטערען, צו מיין ברודער, צו דער
מיר איז דאָס געווען שרעקליך צו הערען. מיט אַ שמערצליכער איראָניע האָב איך זיך געקלעהרט, אַז איך בין געווען אַזוי פֿאַרטיפֿט אין מיין סימפּאַטיע צו דער גאַנצער מענשהייט, אַז איך האָב געהאַנדעלט ווי אַ מערדער צו מיין אייגענער מוטער.147מוהמען, צום פֿעטער, צו זייערע קינדער. מיין האַרץ האָב איך אויסגעגאָסען פֿאַר זיי. אָבער אַז איך האָב שוין געהאַלטען אין רעדען צו זיי, איז מיר אָנגענעהם געווען זיך צו באַריהמען פֿאַר זיי, אַז איך בין אין פּאַריז, אַז איך מאַך אַ גרויסע רייזע. איך האָב זיי געשיקט מיין לאַנדאַנער אַדרעם און ערקלערט, אַז פֿון פּאַריז פֿאָהר איך קיין בריסעל, און אַז אין אַ פֿאָר וואָכען אַרום וועל איך זיין צוריק אין לאָנדאָן.
צווישען די באַקאַנטשאַפֿטען, וואָס איך האָב דיזען מאָל געמאַכט אין פּאַריז, איז געווען אַ פֿאָר-פֿאָלק מיט'ן נאָמען גריגאָריעוו. דער מאַן איז געווען אַ קריסט, אַ רום. ער האָט אַנטייל גענומען אין דער קאָנספּיראַציע צו טויטען אַלעקסאַנדער דעם דריטען צוזאַמען מיט גנאַטאָווסקי'ן און ער איז אויך אַנטלאָפֿען. דאָ אין פּאַריז האָט ער געהייראַט מיט אַ שעהנער געבילדעטער אידישער מיידעל מיט'ן נאָמען טאַניא בארשטש. עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז זי איז אַ שטיף-טאָכטער פֿון טראָצקי'ן, דעם עקאָנאָם פֿון דעם ווילנער אינסטיטוט (טראָצקי'ס פֿרוי איז געשטאָרבען נאָכדעם, ווי איך בין אַוועקגעפֿאָהרען פֿון דער היים און ער האָט דאַן חתונה געהאַט מיט טאַניא'ס מוטער, וועלכע איז געווען אַן אלמנה. דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר געווען אַ ניעם. מיר האָט זיך געדוכט, אַז וואו איך גיב זיך אַ קעהר, באַגעגען איך צייכענס פֿון גרויסע ענדערונגען, וואָס זיינען פֿאָרגעקומען אין ווילנא אין די צעהן יאָהר פֿון מיין אָפֿוועזענהייט. אַזעלכע זאַכען האָבען אויף מיר געמאַכט אַן אונגעהויערען איינדרוק. פֿריהער האָט אין ווילנא, דאַכט זיך, קיין זאַך זיך ניט געענדערט, און זינט איך האָב אָפּגערייזט, ווערט אַלץ פֿאַרשוואואונדען. עס ווערט גאָר אַן אַנדער שטאָדט, מיט אַן אַנדער לעבען).
עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז מאַדאַם גריגאָריעוו איז מיט מיין קוזינע רעוועקאַ ביידע צוזאַמען געגאַנגען אין דעם ווילנער „זשענסקי אינסטיטוט" (אַ גימנאַזיע פֿאַר מיידלעך אויף טראָקער גאַס), און אַז זיי זיינען געווען נאָהענטע חבר'טעם.
איך בין ביי די גריגאָריעווס געווען אַ פֿאָר מאָל צוגאַסט. צו זיי פֿלעגט קומען טאַניא'ס שעסטער, אַ דיקליכע אָבער חן'עוודינע148מיידעל, וועלכע האָט געשטודירט אין דעם פּאַריזער אוניווערסיטעט. מיר האָבען געשמועסט וועגען טראָצקי'ן וועגען רעוועקאַ'ן, וועגען ווילנא אין אַלגעמיין און וועגען דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג.
גריגאָריעוו (דאָס איז געווען זיין רעוואָלוציאָנערער נאָמען, זיין אמת'ן נאָמען געדענק איך ניט) איז געווען פֿאַרליבט אין זיין פֿרוי, און זי אין איהם. זיי האָבען געלעבט ווי אַ פֿאָר טייבעלעך. מען האָט אָבער געקענט זעהן, אַז ער בענקט נאָך רוסלאַנד זעהר שטאַרק.
איין מאָל האָב איך זיי איינגעלאַדען אין דער אָפּעראַ. מען האָט געשפּילט מיערבערבער'ס „ראָבערט דער טייפֿעל". ווען מיר זיינען געפֿאָהרען צוריק פֿון דער אָפּעראַ, האָט ער אויסגעזעהן אומעדיג. איך געדענק ווי איך האָב זיך געקלעהרט: אפֿשר האָט די מוזיק צוריצט זיין בענקשאַפֿט נאָך רוסלאַנד.
[ז׳ 139] וועגערא האָט בײַ די פֿאַרצײַטיגע רוימער געהייסען די געטין פֿון פֿרויען-שעהנקייט און פֿון ליבע. זי פֿלעגט פֿאַרגעשטעלט ווערען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ שעהנער פֿרויען-פֿיגור, אויסגעשניצט פֿון מירמל-שטיין. עם זיינען איבערגעבליבען פֿאַרשידענע פֿיגורען אַזעלכע, און יעדע פֿון זיי טראָגט אַ באזונדערען נאָמען, לויט דעם פּלאַץ וואו מען האָט איהר געפֿונען, אָדער וואו זי געפֿינט זיך הײַנט. די וועגערא פֿון מילאָם (אָדער מילאָ) האָט מען געפֿונען אויף דעם גריבישען אינזעל מילאָם, אונטער דער ערד, אין 1820. זי רעכענט זיך פֿאַר די שעהנסטע פֿון אַלע וועגערא פֿיגורען און פֿון אַלע מירמעל-שטיינערנע פֿיגורען איבערהויפּט. מען גלויבט, אַז זי איז געמאַכט געוואָרען אונגעפֿעהר בײַ פֿיר הונדערט יאָהר פֿאַר דעם געבורט פֿון קריסטום.
[ז׳ 146] שפּעטער האָט מיין אינגערע קוזינע חוה'לע מיר דערצעהלט דאָס פֿאָלגענדע: ווען זי איז שוין געווען פֿאַרהייראַט און געוואואינט אין ריגא, פֿלעגט זי איין מאָל אַ יאָהר קומען אין ווילנא באַזוכען איהרע עלטערען. און אין פֿאַרלויף פֿון יעדען וויזיט אַזעלכען פֿלעגט זי איין נאַכט וועניגסטענס נעכטיגען ביי דער „מוהמע שרה" (מיין מוטער). און יעדעס מאָל פֿלעגט מיין מוטער דאַן אַרויסנעהמען אַ פּעקעל בריעף פֿון קאַמאָד, פֿאַנאַנדערוויקלען און לעזען פֿאַר איהר. דאָס זיינען געווען די בריעף, וואָס זי האָט אַמאָל באַקומען פֿון מיר — פֿון וועליזש און פֿון אַמעריקאַ. לעזענדיג פֿלעגט זי זאָגען: „ווער ווייסט צי ער לעבט גאָר. אפֿשר זיינען אַפֿילו זיינע ביינדעלעך שוין אויף דער וועלט ניטאָ".