בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

פֿינפֿטער קאַפּיטל

דער בריסעלער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 149–185, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 149 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
פֿון פּאַריז קיין בריסעל. — רובאַנאָוויטש. — אַ האָלענדישער לעהרער. — דאָמעלאָ ניוועונהויז. — סצענעס און פֿערזעגליבקייטען ביי דער בריסעלער פֿאָלקס-הויז.

149ענדליך איז געקומען די וואָך פֿון דעם בריסעלער קאָנגרעס. איך בין פֿון פּאַריז אָפּגעפֿאָהרען מיט אַ טאָג פֿריהער.

אויפֿ'ן וואָקזאַל איז מיר געקומען באַגלייטען אַ גאַנצע גרופּע רוסישע רעוואָלוציאָנערען. ביי זיי איז דער קאָנגרעס געווען אַ גרויסע פּאַסירונג. פֿון רוסלאַנד גופֿא האָט מען קיין דעלעגאַט נאַטירליך ניט געקענט שיקען, און פֿון די רוסישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבען זיך געפֿונען אין אויסלאַנד, האָט מען נאָך דאַן אויך קיין פֿאָרשטעהער ניט געשיקט. דער טיטול „דעלעגאַט" אין פֿאַרבינדונג מיט אַ אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעס האָט אין זייערע אויערען געהאַט אַ צויבערליכען קלאַנג. און דערצו נאָך בין איך געווען אַ דעלעגאַט פֿון דער געהיימניספֿולער ווייטער אַמעריקאַ. קורץ, אין יענעם פֿריהמאָרגען, בשעת איך בין געשטאַנען און געוואָרט אויף דעם בריסעלער צוג, בין איך ביי די רעוואָלוציאָנערען, וואָס זיינען געקומען מיך באַגלייטען, געווען אַ פּערזענליכקייט, וועלכע מען דאַרף מקנא זיין.

איינער פֿון זיי איז מיט מיר זאָגאַר געפֿאָהרען קיין בריסעל, ניט אַלס דעלעגאַט, נאָר סתם אַלס צוזעהער. דאָס איז געווען150רובאַנאָוויטש, וועלכער איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרען אַלס אַ וויכטיגע פֿיגור פֿון דער פּאַרטיי סאָציאַליסטען-דעוואָלוציאָנערען — אַ הויכער, אַ שעהנער, מיט שוואַרצע האָר און מיט שוואַרצע שעהנע אינטעליגענטע אויגען, און מיט אַ קליינער שוואַרצער בערדעל. ער איז געווען אַן אָנגענעהמער מענש און דורך דיזער רייזע זיינען מיר באַפֿריינדעט געוואָרען.

ווען מיר זיינען צוזאַמענגעקומען צום בעלגישען גרענעץ, האָבען זיך אין אונזער וואַגאָן גענומען באַווייזען האָלענדישע דעלעגאַטען. לעבען מיר איז געזעסען איינער פֿון די ענגלישע דעלעגאַטען, און איך האָב מיט איהם געשמועסט. האָט זיך צו אונז צוגעבויגען אַ יונגער האָלענדער מיט אַ דאַרען האַלז, און אונז געבעטען רעדען שטילער. ער האָט גערעדט גוט ענגליש, נאָר מיט אַ שלעכטען אַקצענט.

— איהר קומט פֿון אַ פֿרייע לאַנד, ווייסט איהר ניט פֿון קיין געפֿאַהר, — האָט ער מיר אַריינגעשושקעט אין אויער, — אונז אָבער, ווען מיר וועלען קומען צוריק אין האָלאַנד, וועט מען אפֿשר פֿאַרפֿאָלגען. מיר מוזען זיין פֿאָרזיכטיג.

דערנאָך האָט ער מיר ווידער ערקלערט:

— איך דאַרף זיך ספּעציעל היטען ; איך בין אַ שול לעהרער און איך קען מיין שטעלע פֿאַרלירען.

לעבען איהם איז געזעסען אַן עלטערער מענש, אַ הויכער, זעהר אַן אינטערעסאַנטער אויפֿ'ן אויסזעהן, מיט לאַנגע געגריזעלטע האָר, מיט גוטע, גרויע אויגען. דאָס איז געווען דער פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין האָלאַנד, דאָמעלאָ ניוּוענהויז*. דער יונגערער מאַן האָט איהם באַדינט ווי אַן איבערגעגעבענער תּלמיד באַדינט אַ באַליבטען רבי'ן.

אין בריסעל זיינען מיר אָנגעקומען שבת נאָך מיטאָג. ביים וואָקזאַל האָט אונז אויפֿגענומען אַ קאָמיטע פֿון די דאָרטיגע151גענאָסען. דער טשערמאַן פֿון דער קאָמיטע איז געווען אַן עלעגאַנטער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען וואַנדערוועלדע*. ער און די איבעריגע מיטגלידער פֿון דער קאָמיטע, וועלכע מיר האָבען דער קענט נאָך די רויטע בעדזשעס וואָס זיי האָבען געטראָגען, האָבען אונז אַוועקגעפֿיהרט אין אַ האָטעל.

י. רובאַנאָוויטש (אין 1891).
י. רובאַנאָוויטש (אין 1891).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 150–151)

בריסעל איז אַן אַלטע שטאָדט. איהרע וויכטיגסטע גאַסען זיינען ברייט און שעהן, און די קאַפֿעס מיט די טישלעך אויף די סייד-וואָקס עראַינערען אָן פּאַריז. דאָס איז אָבער די נייערע טייל פֿון דער שטאָדט. אַביסעל ווייטער זיינען די גאַסען שמאָל און גע דרעהט און זיי געהען אַרויף-באַרג. עס שמעקט מיט פֿאַרצייטיגקייט. אין בריסעל געפֿינען זיך איניגע גאַנץ אַלטע מאָנומענטען. דער ראַטהויז (סיטי-האָל) שטעהט אויף אַ קליינעם סקווער, וועלכער איז אַרומגעצאַמט מיט געביידעס פֿון מיטעל-אַלטער. ווען איך האָב זיך געפֿונען אויף דעם ראַטהויז סקווער, האָט זיך מיר געדוכט אַז איך בין אַריינגעטראָגען געוואָרען אין דעם צוועלפֿטען אָדער דרייצעהנטען יאָהרהונדערט. דער פּלאַץ מאַכט אַן אונפֿאַר געסליכען איינדרוק.

שפּעטער האָבען די דעלעגאַטען, וואָס זיינען שוין געקומען, זיך פֿאַרזאַמעלט אין „מעזאָן דע פּעפּל" (פֿאָלקס הויז), דער צענטער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג און פֿון דער קאָ אָפּעראַטיווער באַוועגונג אין בריסעל.

פֿאַר דעם „מעזאָן דע פּעפּל" איז געווען אַ קליינער פּלאַץ, אַ סקווערל, גרויס ווי אַ הויף, מיט אַ פּאָר בענק און טישען. איך האָב זיך דאָרטען אָנידערגעזעצט. באַלד האָבען גענומען אָנקומען די דייטשע דעלעגאַטען. אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג איז דייטשלאַנד געווען די וויכטיגסטע לאַנד. אזוי ווי פֿון ירושלים איז משה'ס תּורה געגאַנגען צווישען די אידען איבער דער גאַנצער152וועלט, אזוי איז די סאָציאַליסטישע תּורה פֿון בערלין פֿאַרשפּרייט געוואָרען איבער אַלע אַנדערע לענדער. יעדע נייעס וואָס האָט פּאַסירט אין דער באַוועגונג פֿון דייטשלאַנד, איז באַטראַכט געוואָרען אַלס אַ וויכטיגע נייעס פֿאַר אַלע סאָציאַליסטען. אויגוסט בעבעל, ווילהעלם ליבקנעכט און פּאָל זינגער זיינען ביי אונז געווען ניט נאָר די פֿיהרער פֿון די דייטשע סאָציאַל-דעמאָקראַטען, נאָר אויך די וויכטיגסטע פּערזענליבקייטען אין דער וועלט.

אויף דעם סקווערל ביי דער פֿאָלקס-הויז איז געוואָרען אַ גערודער. מען האָט אָנאַנסירט אַז די דייטשע דעלעגאַטען קומען. באַלד האָבען זיי זיך באַוויזען: הויכע, געזונטע מענער מיט ברייטע פּלייצעס, אַלע אין גרויסע שוואַרצע ווייכע העטס מיט ברייטע ראַמען (מיר פֿלעגען דאָס רופֿען: „סאָציאַל-דעמאָקראטישע העטס"). ליעבקנעכט'ן האָב איך געזעהן אין ניו יאָרק, האָב איך איהם דאָ גלייך דערקענט. מיט איהם צוזאַמען איז געקומען בעבעל און זינגער. די האַרץ האָט ביי מיר גענומען קלאַפּפֿען. איך האָב זיך צוגעהערט צו זייערע שטימען, זיך צוגע קוקט צו זייערע געזיכטער, צו זייערע קליידער. אזוי פֿיהלט זיך אַ חסידישער חסיד, ווען ער האָט ענדליך די זכיה צו זעהן דעם רבי'ן פֿאַר וועלכען ער איז יאָהרען-לאַנג באַגייסטערט.

דייטשע דעלעגאַטען זיינען געווען אין אַ היבשער צאָהל. דערנאָך האָבען זיך באַוויזען דעלעגאַטען פֿון אַנדערע לענדער. דער סקווערל איז געוואָרען געפּאַקט. דעלעגאַטען זיינען אויך געזעסען אָדער געשטאַנען ארום דעם „מעזאָן דע פּעפּל" גופֿא, אָדער אויף דער גאַס גאָס דערביי.

פֿון דאָרטען איז די גאַס געגאַנגען אַראָפּ-באַרג, און עס איז אויסגעקומען אזוי, אַז דיזער שטיקעל געגענד איז געווען אָפּגעזונדערט. דער גאַנצער שטח, דער אָפּגעזונדערטער, איז איצט געווען פֿאַרנומען מיט דעלעגאַטען. עס האָט געהוזשעט ווי אין אַ ביהן-שטאָק. איך האָב געהערט ארום זיך פֿאַרשידענע לשונות. איינער האָט אויסגעשריען צום אַנדערען אויף איטאַ ליעניש, אויף רומעניש, אויף גריכיש, אויף אונגאַריש. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך זעה מיט די אויגען, הער מיט די אויערען און פֿיהל מיט אַלע מיינע חושים ווי די אַרבייטער פֿון דער גאַנצער153וועלט זיינען פֿאַראייניגט. קאַרל מאַרקס'עס אויפֿרוף איז מקוים געוואָרען ; אויף מיין היסער איינדרוקבאַרער נאַטור האָט די סצענע געהאַט אַן אויפֿרודערענדע ווירקונג.

איך וועל דאָ ברענגען איניגע שורות פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ וואָס איך האָב יענעם אָוונט אַוועקגעשיקט צו דער „אַרבייטער צייטונג". זיי שפּיגלען אָפּ די שטימונג, אין וועלכער איך האָב זי געשריבען. די קאָרעספּאָנדענץ איז אָפּגעדרוקט אין נומער 36 פֿון דעם צווייטען יאָהרגאַנג, אונטער דעם איבערשריפֿט : „דער ברי סעלער סאָציאַליסטישער אינטערנאַציאָנאַלער אַרבייטער קאָנגרעס. ערשטער בריף פֿון אונזער דעלעגאַט, גענאָסע אב. קאַהאַן".

נאָך דעם דאַטום — „בריסעל, שבת אָוונט, 15טען אויגוסט, 1891" — געהען די פֿאָלגענדע שורות :

„דער אינטערנאַציאָנאַל לעבט און בליהט! די רויטע פֿאָהן פֿון סאָציאַליזם פֿלאַטערט איבער די פֿאַראייניגטע אַרבייטער פֿון דער גאַנצער וועלט! קיין מויל קען ניט אויסריידען, קיין פֿעדער קען ניט אויסמאָהלען דעם צויבער-בילד, וועלכען עס שטעלט איצט פֿאַר דער „מעזאָן דע פּעפּל", די פֿאָלקס-הויז פֿון די בריסעלער סאָציאַליסטען, וואו דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרבייטער קאָנגרעס האַלט זיינע ערשטע צוויי זיצונגען.

„די לופֿט איז דורכגעדרונגען מיט אַ געטליכען ענטוזיאַזם, מיט אַ געפֿיהל פֿון ברידערליבקייט, פֿון מוט און דורשט צום פֿרייהייטס-קאַמף.

„די הוזשעריי און גערודער אין אַלע שפּראַכען, וואָס ווערען נאָר גערעדט אין דער ציוויליזירטער וועלט, מישט זיך צונויף אין אַ באַגייסטערטען קלאַנג, וועלכער צינדט אָן די האַרץ מיט אַ רעוואָלוציאָנס-פֿייער, טרייבט יעדען גערוו צו דער הייליגער מלחמה און הילכט אָפּ ווי אַ קול מבשר וועגען דעם גיכען זיג, וועגען דער גן עדן צייט פֿון דעם אַרבייטער'ס באַפֿרייאונג.

„ליבע לעזער פֿון אונזער „אַרבייטער צייטונג"! ליבע אונגליקליכע אַרבייטער! אויב אין די לאַנגע שווערע שטונדען פֿון מאַטערניש און עלענד פֿאַלט אייך אַריין אַ דונקעלער געדאַנק, אַז ווער ווייסט, אפֿשר זיינען אייערע האָפֿנונגען אויפֿן סאָציאַליזם אַ פּוסטער חלום—אויב אייער טרייסט ווערט אַמאָל פֿאַרשטערט154פֿון אזעלכע רעיונות, טראָגט איבער אייערע געדאַנקען צו דעם אינטערנאַציאָנאַלען אַרבייטער קאָנגרעס. דאַן וועלען אייערע צווייפֿלען צוזייט ווערען. די ליכטיגע צוקונפֿט וועט צו אייערע אויגען נעהנטער ווערען. און אייער נשמה, אזוי ווי מיין נשמה, וועט זיך רייסען עפּעס צו טאָן, בערג איבערצוקעהרען, נאָר צוזאַ מען מיט דיזע בראַווע חברים צו זיין און מיט זיי צוזאַמען צו אונזער ערוואַרטעטע אויסלייזונג צו קומען.

„נאָר גענוג נאָכצוגעבען די האַרץ און צו פּרופֿען אויסדריקען וואָס מיין שוואַכע פֿעדער איז ניט אין שטאַנד אויסצוריידען. איך וויל נאָר זאָגען, אַז די גענאָסען, וואָס האָבען מיר די עהרע געגעבען זיי צו פֿאַרטרעטען, זיי דאַנק איך פֿאַר דעם הימעלשען פֿאַרגעניגען, פֿאַר די גן-עדן מינוטען וואָס דער קאָנגרעס פֿאַר שאַפֿט מיר.

„דעם שרייבער פֿון דיזע צײַלען האָט מען אַלס דעלעגאַט פֿון אַמעריקא און הויפּטזעכליך אַלס פֿאָרשטעהער פֿון אידישע אַרביי טער אויפֿגענומען מיט באַזונדערע ליבליכקייט."

פֿון אַמעריקא זיינען געווען זעקס דעלעגאַטען. פֿיר פֿון זיי זיינען געווען פֿון אונזער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, און צוויי פֿון דער „סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי, סינסינעטער ריכטונג", וועלכע האָט זיך אָפּגעטיילט אין דער שפּאַלטונג פֿון 1889 (זעה קאַפּיטעל 13, אָפּטיילונג 5, באַנד 2). אונזערע דעלעגאַטען זיינען געווען : לוסיען סעניעל, מעקווויי, אַ יונגער דייטש פֿון דער וועסט און איך. מיט סעניעל'ן, דעם פֿראַנצוי זישען סאָציאַליסט, וועלכער האָט רעדאַקטירט דעם „וואָירקמענס עדוואָקעיט", איז דער לעזער שוין באַקאַנט ; מעקווויי איז געווען אַן אירריש-אַמעריקאַנער. פֿון סאָציאַליזם האָט ער ווייניג גע וואוסט און איז זאָגאַר ניט געווען קיין מיטגליד פֿון אונזער פּאַרטי. ער איז אָבער געווען דער פֿיהרער פֿון אַ דייטשער יוניאָן, וועלכע איז כמעט דורכאויס באַשטאַנען פֿון סאָציאַליס טען, און זיי האָבען איהם געשעצט אַלס אַן עהרליכען מאַן און טרייען פֿאָרשטעהער ; אַלזאָ, האָבען זיי איהם געשיקט רעפּרע זענטירען זייער יוניאָן אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס. דער יונגער155דייטש (זיין נאָמען געדענק איך ניט), איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי. ער איז סיי-ווי-סיי געפֿאָהרען קיין אייראָפּא, האָט מען איהם געגעבען אַ קרעדענשעל.

פֿון די צוויי דעלעגאַטען פֿון דער „סאָציאַליסטישער אַרביי טער פּאַרטי סינסינעטער ריכטונג" איז נאָר איינער ווירקליך געקומען פֿון אַמעריקא. דאָס איז געווען האָעהן, דער פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין סט לואיס*. דער צווייטער איז געווען אַ פּראָקסי דעלעגאַט. ער האָט געוואואינט אין ווין, און די פֿיהרער פֿון דער סינסינעטער גרופּע האָבען איהם צוגעשיקט אַ קרעדענשעל און געלט אויף הוצאות, מיט אַ ביטע זיי צו רעפּ רעזענטירען. זיין נאָמען געדענק איך ניט.

די אַנוועזענהייט פֿון דעלעגאַטען פֿון דער סינסינעטער פּראַקציע האָט סעניעל'ען געערגערט. מיט זיין פֿראַנצויזישען טעמפּעראַמענט האָט ער ניט אויפֿגעהערט זיך צו קאָכען וועגען דעם. ער האָט מיט אונגעדולד געוואַרט אויף דער מינוט, ווען עס וועט זיך עפֿענען דער קאָנגרעס. ווען יענע צוויי דעלעגאַטען וועלען אָנאַנסירען זייער פּאַרטי, וועט ער פּראָטעסטירען. ער וועט ערקלערען, אַז אין אַמעריקא איז פֿאַראַן איין פּאַרטי, ניט צוויי ; אַז זייער אָרגאַניזאַציע טוט נאָר שאָדען און אַז אויב דער קאָנגרעס וועט איהר אָנערקענען, וועט עס דעמאָראַליזירען די אַמעריקאַנער באַוועגונג.

איך האָב איהם געראַטען דאָס ניט צו טאָן. איך האָב אויסגעדריקט די מיינונג, אַז אזא שריט וועט ניט זיין פּאָפּולער ; אַז די דעלעגאַטען זיינען אין אַ הויכער שטימונג, און אַז דער הערשענדער גייסט איז אַ גייסט פֿון ברידערליבקייט און ניט פֿון ברודער-קאַמף. ער האָט אָבער ניט געוואָלט הערען. מען מוז זיי ניט אַנדערש אַרויסטרייבען!

פּערזענליך האָט ער געגען די צוויי דעלעגאַטען ניט געהאַט וואָס אויסצוזעצען. זיי זיינען ביידע געווען זעהר סימפּאַטישע156מענשען. זייער ראָלע אבער אלם פֿאָרשטעהער פֿון אַ קאָנקורענץ פּאַרטי אין אַמעריקא האָט ער בשום אופֿן ניט געוואָלט אָנער קעננען.

זיין קריגערישער געמיט האָט אונטערבראָכען מיין גליקליכע שטימונג יענעם נאָכמיטאָג. מיר האָט זיך געוואָלט ארומנעמען אַלע דעלעגאַטען, אַלע סאָציאַליסטען, ניט קוקענדיג צו וועלכער פּראַקציע זיי געהערען. און ער האָט זיך אַלץ געקאָכט און גערעדט פֿון פּראָטעסטען. סעניעל איז אבער געווען אַ זעהר ליבענסוויר דיגער מענש, אַ נאָבעלער און אַ וואַרים-הערציגער און איך האָב צו איהם געהאַט דעם העכסטען רעספּעקט.

2
סאָציאַליסטישע פּראַקציעס. — אַנאַרכיסטען. — מערלינא.

די אמת'ע אַרבייט פֿון דעם קאָנגרעס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען מאָנטאַג אין דער פֿריה. דער זאַל פֿון דעם „מעזאָן דע פּעפּל" איז געווען געפּאַקט מיט דעלעגאַטען און מיט צוזעהער. די פּלאַט פֿאָרמע איז געווען באַפּוצט מיט רויטע פֿאָהנען און אַלע דעלע גאַטען האָבען געטראָגען רויטע בעדזשעס. אַז איך בין אַ דעלע גאַט האָב איך געפֿיהלט מיט יעדען שלאָג פֿון מיין דופֿק. און ווי איך האָב געקענט זעהן אויפֿ'ן פּנים פֿון גענאָסע סעניעל, וועלכער האָט געקענט זיין מיין פּאַטער, האָט ער געפֿיהלט אזוי ווי איך. ער איז געווען אזוי באַגייסטערט, אזוי צוטומעלט, אַז צו מיר האָט ער גערעדט פֿראַנצויזיש און צו פֿראַנצויזען האָט ער גערעדט ענגליש. אין זיין געהויבענער שטימונג האָט ער אין די ערשטע מינוטען גאָר פֿאַרגעסען אָן די צוויי דעלעגאַטען פֿון דער „סינסינעטער ריכטונג". באַלד אבער האָט ער זיך דער מאַנט, און זיין פּנים האָט זיך אָנגעצונדערען מיט קאַמף-דורשט. איך האָב צו איהם ווידער אַפּעלירט. ער איז אבער געוואָרען בייז אויף מיר.

— וואו איז אייער טרייהייט צו אונזער פּאַרטי? — האָט ער געפֿרעגט מיט אויפֿרעגונג.157עס האָט זיך געעפֿענט די ערשטע זיצונג. די קאָמיטעס זײַנען שוין אַלע געווען באַשטימט פֿון פֿריהער. אויף דער פּלאַטפֿאָרמע איז געזעסען דער פּרעזידענט מיט זײַנע סעקרעטאַרען און איבערזעצער. פֿון אַלע שפּראַכען זײַנען אָנערקענט געוואָרען דרײַ: דײַטש, פֿראַנצויזיש און ענגליש. נאָר אויף דיזע דרײַ לשונות איז ערלויבט געוואָרען צו ריידען, און פֿון יעדען פֿון זיי האָט מען איבערזעצט אויף די אַנדערע צוויי. די וויכטיגסטע איבערזעצערין איז געווען קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער, עלעאָנאָרא מאַרקס-עוועלינג. די אַלע דרײַ לשונות זײַנען געווען איהרע מוטער-שפּראַכען.

מען האָט אויסגערופֿען די נעמען פֿון די לענדער און פֿון די דעלעגאַטען. ווען עס איז געקומען צו די פֿאַראייניגטע שטאַטען, האָט זיך סעניעל געשטעלט, און ריידענדיג אויף פֿראַנצויזיש, האָט ער, מיט אַ היציגער שטימע, פּראָטעסטירט געגען דער צולאָזונג פֿון די דעלעגאַטען פֿון דער סינסינעטער ריכטונג. מען האָט איהם אָבער באַלד אונטערבראָכען: „גענוג! גענוג! מיר ווילען ניט הערען אַזעלכע זאַכען!" פֿון אַלע זײַטען פֿון האָלל האָט מען געשריען, אַז ער זאָל זיך זעצען.

סעניעל איז געווען אַ קעמפֿער. ער האָט אַלעמען איבערגעשריען. עס האָט איהם אָבער ניט געהאָלפֿען. עס איז כמעט איינשטימיג אָנגענומען געוואָרען אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל די צוויי דעלעגאַטען אָנערקענען; און עס איז ערקלערט געוואָרען איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז מען וועט ניט ערלויבען אַרײַנצוברענגען לאָקאַלע פּאַרטי-צאַנקערייען; אַז עס זײַנען ווילקאָמען דעלעגאַטען פֿון יעדער סאָציאַליסטישער פּאַרטי, פֿון יעדער סאָציאַליסטישער פֿראַקציע.

עס איז געקומען אַ דעלעגאַציע פֿון אַנאַרכיסטען. זיי האָבען געפֿאָדערט מען זאָל זיי צולאָזען צום קאָנגרעס. זייער פֿיהרער איז געווען אַ קליינער, דאַרער איטאַליענער מיט בלויע אויגען. ווען ער האָט געהאַלטען זיין רעדע, האָט ער אַזש געפֿלאַמט. זײַן נאָמען איז געווען מערלינאָ. ער האָט געמאַכט זעהר אַ גוטען158איינדרוק, אָבער צולאָזען אַן אַנאַרכיסטישע דעלעגאַציע וואָלט קיין זין ניט געהאַט. דאָס וואָס דער קאָנגרעס האָט צוגעלאָזען פֿאַרשידענע פֿראַקציעס פֿון סאָציאַליסטישע פּאַרטייען איז ניט געווען קיין ווידערשפּרוך. יענע זײַנען אַלע געווען סאָציאַליסטען. זיי האָבען אַלע געהערט צו דער זעלבער באַוועגונג, אָנערקענט איהרע פּרינציפּען.

אויף דיזער זיצונג איז אונזער דעלעגאַט סעניעל געווען דער פֿאַרזיצענדער. דער הויפּט-רעדנער געגען דער צולאָזונג פֿון די אַנאַרכיסטען איז געווען אוגוסט בעבעל. זיי זײַנען געגען די גרונד-פּרינציפּען פֿון סאָציאַליזם, האָט ער געזאָגט. זייערע שטרעבונגען זײַנען דער היפּוך פֿון אונזערע. אונזער אויפֿגאַבע איז צו בויען; זייערע — צו צושטערען. הײַנט ווי אַזוי קענען מיר און זיי אַנטייל נעהמען אין דעם זעלבען קאָנגרעס?

וועגען מערלינאָ'ן פּערזענליך האָט ער אָבער אויסגעדריקט די עכבסטע מיינונג, און ער האָט דערצעהלט, אַז מעהרערע מאָל, ווען מערלינאָ איז געווען אין געפֿאַהר פֿון דער פּאָליציי, האָבען דײַטשע און עסטרײַכישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען איהם באַהאַלטען און איהם געגעבען אַ מעגליכקייט צו רעטען זיך. אָבער צולאָזען איהם און זײַנע גענאָסען צום קאָנגרעס — דאָס וואָלט ער געהאַלטען פֿאַר אַן אונזין, האָט ער ערקלעהרט.

3
איך שטעל די אידען-פֿראַגע אויפֿן טאָגעס-אָרדנונג. דער בריסעלער ראַבינער. פּאָל זינגער. וויקטאָר אדלער.

איידער איך בין אַוועקגעפֿאָהרען פֿון ניו יאָרק, האָב איך צו דער ביוראָ וואָס האָט אָרגאַניזירט דעם קאָנגרעס צוגעשיקט אַ בריף, אין וועלכען איך האָב געפֿאָדערט אַז איינער פֿון די פּונקטען פֿון דער טאָגעס-אָרדנונג זאָל זײַן:

„ווי זאָלען זיך די אָרגאַניזירטע אַרבייטער פֿון אַלע לענדער פֿאַרהאַלטען צו דער אידען-פֿראַגע?"159די פֿראַגע איז געשטעלט געוואָרען אַלס פּונקט 4. גלייך ווי איך בין געקומען קיין בריסעל, האָב איך געלאָזט דרוקען אַ קליינעם פֿלוג-שריפֿט, וועלכער האָט ענטהאַלטען אַלע וויכטיגע פֿאַקטען און ציפֿער וועגען דער אידישער אַרבייטער-באַוועגונג אין אַמעריקאַ, איהרע יוניאָנס, סטרייקס, זיגען; וועגען דעם באַגייסטערטען אַנטייל פֿון די אידישע אַרבייטער אין דער פֿײַערונג פֿון דעם ערשטען מאַי, און זייערע פֿאַרבינדונגען מיט דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער-פּאַרטי. איך האָב דעם פֿלוג-שריפֿט פֿאַרטיילט צווישען די דעלעגאַטען, און ער האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿען אינטערעס. איניגע פֿון זיי האָבען קיין באַגריף ניט געהאַט, אַז אַזאַ ערשיינונג ווי אידישע אַרבייטער-יוניאָנס איז גאָר מעגליך. זיי זײַנען געווען אונטער דעם איינדרוק, אַז אַ אידישער אַרבייטער איז איבערהויפּט אַ זעלטענהייט. עס האָבען זיך זאָגאַר געפֿונען אַזעלכע וואָס האָבען געמיינט, אַז אַלע אידען זײַנען באַנקירען, פֿאַבריקאַנטען, סוחרים; אַז קיין אָרימע אידען זײַנען גאָר אויף דער וועלט ניטאָ. איניגע פֿון די דעלעגאַטען זײַנען צו מיר צוגעקומען מיט מיין פֿלוג-שריפֿט אין האַנט, האָבען אויסגעדריקט אַנגענעהמע איבעראַשונג מיט אונזער באַוועגונג, געשטעלט פֿראַגען וועגען אונזערע יוניאָנס, וועגען אַמעריקאַ אין אַלגעמיין.

וועגען דעם אידישען „פּונקט נומער 4" און וועגען מיין פֿלוג-שריפֿט איז געווען געמעלדעט אין די בעלגישע און אַנדערע צייטונגען. עס זײַנען צו מיר געקומען רעפּאָרטערס און צייטונגס-קאָרעספּאָנדענטען. צווישען די לעצטע איז געווען אַ לאָנדאָנער זשורנאַליסט, אַ דיקלעכער, ניט קיין הויכער, מיט אַ שפּיציגע בערדעלע, אַ פֿײַןגעקליידעטער, אַ פֿראַנט. ער איז געווען אַ איד און ער האָט אין דער פֿראַגע, וואָס איך האָב אַרויסגעשטעלט אויפֿ'ן טאַגעס-אָרדנונג, גענומען אַ באַזונדערען אינטערעס. ער האָט מיר אינטערוויואירד. ווען איך בין געגאַנגען אין מיין האָטעל, האָט ער מיך באַגלייט. איך האָב געזעהן, אַז ער האָט עפּעס אַ ספּעציעלען מיין דערבײַ. אין וואָס דאָס באַשטעהט האָב איך צוערשט ניט פֿאַרשטאַנען. ענדליך איז ער אַרויסגעקומען מיט אַן איינלאַדונג פֿון דעם בריסעלער ראַבינער אויף מיטאָג.160„ער פֿאַרלאַנגט צו האָבען די עהרע מיט אײַך באַקאַנט צו ווערען", — האָט ער געזאָגט.

— טאָ זאָל ער קומען אין מיין האָטעל! — האָב איך שטאָלץ געענטפֿערט.

— ער איז אַ פֿאָרשטעהער פֿון דער בריסעלער אידישער קהלה, און איהר זייט אַ גאַסט — האָט דער זשורנאַליסט געענטפֿערט — לאָדעט ער אײַך איין צו זיך. ער וויל איינפֿאַך אײַך אַרויסווייזען גאַסטפֿריינדליכקייט, און ער אינטערעסירט זיך מיט דעם פּונקט, וואָס איהר האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף דער טאַגעס-אָרדנונג פֿון דעם קאָנגרעס.

דער זשורנאַליסט האָט דאָס ערקלעהרט אַזוי ערנסט, מיט אַזאַ וואַרימקייט, אַז איך האָב די איינלאַדונג אָנגענומען.

אין בריסעל האָבען דאַן געוואוינט וועניג אידען, און כמעט אַלע זײַנע זיי געווען געשעפֿטס-לייט, אַ היבשע צאָל פֿון זיי רייכע. דער ראַבינער איז געווען פֿון די רעפֿאָרמירטע. אַן איבעליגענטער הײַנטיגער „רעוורענד". דרײַפֿום האָט ער געהייסען (שפּעטער איז ער געוואָרען דער הויפּט-ראַבינער אין פּאַריז). ער האָט געוואוינט אין אַ פֿיינע, רייך-מעבלירטע הויז; ער איז נאָך געווען אַ גאַנץ יונגער מאַן, מיט זעהר שוואַרצע גלאַנציגע האָר און אַ זעהר שוואַרצע באָרד.

אין פֿאַרלויף פֿון אונזער געשפּרעך האָט דער לאָנדאָנער זשורנאַליסט געגעבען אָנצוהערענים דעם ראַבינער, אַז איך האָב צוגעגרייט אַ רעזאָלוציע, וועלכע איך וועל פֿאָרשלאַגען בײַם קאָנגרעס, ווען עס וועט קומען צו דעם פּונקט 4. צוערשט מיט האַלבע ווערטער, און דערנאָך אָפֿען, האָט דער ראַבינער מיר ערקלערט, אַז מיין רעזאָלוציע באַאונרוהיגט איהם. די אידען האָבען אַזוי פֿיל שונאים! און איצט, אַז מען הערט פֿון אַ סאָציאַליסטישער באַוועגונג בײַ די אידען, וועט מיין רעזאָלוציע אויפֿרייצען די אַנטי-סעמיטען. אַזאַ איז ווינשענסווערט, אַז איך זאָל האָבען אין זינען די געפֿאַהר, און אין מיין רעדע זאָל איך געברויכען די גרעסטע פֿאָרזיכטיגקייט.

מיר האָבען געהאַט אַ העפֿליכע דעבאַטע. איך האָב געזעהן, אַז ער איז אַבסאָלוט אונבאַקאַנט מיט אונזער שטאַנדפּונקט161זײַן אונרוהיגקייט איז מיר אויסגעקומען קאָמיש. „ציטערען די אידישע באַנקירען פֿאַר זייער הויט?" — האָב איך דערנאָך געזאָגט צו רובאַנאָוויטש'ען, ווען איך האָב איהם דערצעהלט די געשיכטע.

איך האָב אויבען געזאָגט, אַז די דעלעגאַטען האָבען זיך פֿאַראינטערעסירט אין מיין פֿלוג-שריפֿט וועגען אונזערע אידישע יוניאָנס, זייערע סטרייקס און סאָציאַליסטישע באַגײַסטערונג. וואָס אַנבאַטרעפֿט אָבער דעם פּונקט 4 פֿון דער טאַגעס-אָרדנונג, האָט נאָר אַ קליינע צאָהל פֿון זיי אַרויסגעוויזען אַ פֿרײַנדליכען אינטערעס אין איהם. און איניגע האָבען זאָגאַר אויסגעדריקט אונצופֿרידענהייט, פֿאַרוואָס מען האָט אַזאַ פּונקט גאָר אַרײַנגעשטעלט. צו וואָס האָב איך בעדאַרפֿט אַרײַנברענגען די אידען-פֿראַגע? ווער וויים דאָס ניט, אַז בײַ סאָציאַליסטען עקזיסטירען אַזעלכע פֿראַגען ניט? צווישען די, וואָס האָבען זיך אויסגעשפּראָכען אין דיזען זין, זײַנען געווען די פֿיהרער פֿון דער דײַטשער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע, און דאָס האָט געהייסען די פֿיהרער פֿון דעם קאָנגרעס. צווישען זיי איז געווען דער איד פּאָל זינגער, וועלכער איז געווען פֿאָרזיצענדער אויף עטליכע פֿון דעם קאָנגרעס' זיצונגען. און אַן עהנליכע מיינונג האָט אַרויסגעזאָגט וויקטאָר אדלער, אויך אַ איד, וועלכער איז געווען דער פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין עסטרײַך און אויך איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿערזענליכקייטען אויפֿ'ן קאָנגרעס*. זיי האָבען געפֿרעגט וואָס איך ערוואַרט אַז דער קאָנגרעס זאָל טאָן אין בעצוג צו דעם פּונקט 4, און איך האָב זיי געוויזען די רעזאָלוציע, וועלכע איך האָב צוגעגרייט. מיין רעזאָלוציע האָט ערקלערט, אַז162דער קאָנגרעס באַגריסט וואַרים די אָרגאַניזירטע אידישע אַרבייטער פֿון אַמעריקא און אַז ער פֿאַרדאַמט דעם אַנטיסעמיטיזם. אין די אײַנצעלהייטען זיינען געווען אײַנגעשלאָסען די הויפֿט פֿאַקטען און ציפֿער פֿון מיין פֿלוגשריפֿט און אייניגע פֿאַקטען וועגען פֿאַרשידענע פֿאַרמען פֿון אידען-פֿאַרפֿאָלגונגען.

עטליכע פֿון די דעלעגאַטען אױפֿ'ן בריסעלער קאָנגרעס (ערשטע גרופּע).
עטליכע פֿון די דעלעגאַטען אױפֿ'ן בריסעלער קאָנגרעס (ערשטע גרופּע).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 162–163)

פּאָול זינגער און וויקטאָר אדלער האָבען אויסגעדריקט די מיינונג, אַז די גאַנצע געשיכטע וועט טאָן מעהר שאָדען ווי גוטס. איך בין אָבער מיט זיי ניט געווען אײַנפֿאַרשטאַנען און איך בין געבליבען ביי דאָס מיינינגע.

אדלער האָט מיך אײַנגעלאַדען אויף אָוונד-ברויט אין אַ רעסטאָראַן, און דאָרטען, ריידענדיג וועגען מיין פּונקט 4, האָט ער מיך שטאַרק געראַטען איהם צוריקצוציהען. ער איז געווען אַ זעלטען-קלוגער און אַ זעלטען-ליבליכער מענש, און ריידענדיג צו מיר ווי אַ איד צו אַ אידען, אין אַ פֿריינדליכער, וויציגער דייטשער שפּראַך, האָט ער מיר געפּרופֿט ערקלעהרען פֿאַר וואָס ער האַלט מיין „פּונקט 4" פֿאַר אַ טאַקטלאָזיגקייט.

— טאַקטלאָזיגקייט — האָב איך געזאָגט מיט אַן איר'אָנישען שמייכעל — דער בריסעלער ראַבינער זאָגט פּונקט דאָס-זעלבע, נאָר פֿון אַ גאַנץ אַנדער שטאַנדפּונקט.

פּאָול זינגער איז אויך צוגעקומען צו אונזער טיש (איך בין געווען כמעט איבערצייגט, אַז אדלער האָט מיט איהם אָפּגעמאַכט, אַז ער זאָל זיך דאַן „גראָד" אויך געפֿינען אין יענעם רעסטאָראַן). מיר האָבען געשמועסט, דיסקוטירט. דער עיקר פֿון זייער ערקלעהרונג איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:

די שונאים פֿון סאָציאַליזם באַהויפּטען אַז דער סאָציאַליזם איז אַ אידישער פּראָדוקט; זיי ווייזען אָן אַז קאַרל מאַרקס איז געווען אַ איד, לאַסאַל איז געווען אַ איד, און אָט זיינען פּאָול זינגער און וויקטאָר אדלער אויך אידען. די אַנטיסעמיטען זאָגען, אַז די גאַנצע באַוועגונג ווערט אויפֿגעהאַלטען פֿון אידישע געלט. אַלזאָ, ווען מען זאָל אָננעמען מיין רעזאָלוציע, וועלען די געגנער פֿון די סאָציאַליסטישע פֿאַרטייען טייטלען אויף איהר מיט די פֿינגער: „אָט זעהט איהר דאָך! — וועלען זיי זאָגען —163דער סאָציאַליסטישער קאָנגרעס נעהמט די אידען אונטער זײַן שוץ! עס איז אַ אידישע קלייזעל!"

— אין ווין זײַנען די אַנטיסעמיטען מעכטיג, און מיר, סאָציאַליסטען, זײַנען די געפֿעהרליכסטע קראַפֿט געגען זיי — האָט געזאָגט אדלער. — אַז מען זאָל אָננעמען אײַער רעזאָלוציע, וועלען זיי אונז באַגעגנען מיט געשרייען, אַז זייערע באַהויפּטונגען זײַנען באַשטעטיגט געוואָרען, אַז דער גאַנצער סאָציאַליסטישער קאָנגרעס איז געווען ניט מעהר ווי אַ אידישער מאַרק. דאָס וואָרט „מאַרק" פֿלעגען די אַנטיסעמיטען געברויכען וועגען אַלץ, וואָס איז שייך צו אידען — אַזוי ווי מיט אַלץ, וואָס אידען טוען, מיינען זיי זיי האַנדעל, שאַכער-מאַכער, אָדער פֿראָצענט-נעהמערײַ.

איך האָב געענטפֿערט, אַז סאָציאַליסטען זײַנען ניט געוואוינט זיך אָפּצושרעקען פֿאַר די ליגענס און בלבולים פֿון זייערע געגנער; אַז מיר דאַרפֿען ערפֿילען אונזערע פֿליכטען ניט קוקענדיג אויף קיינע שטערונגען. קורץ, איך האָב ניט נאָכגעגעבען, און דער פּונקט 4 איז פֿאַרבליבען אויף דער טאַגעס-אָרדנונג.

ווען עס איז געקומען צו פּונקט 4 אויף די זיצונגען פֿון קאָנגרעס, האָט מען מיר, אַלס דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם פּונקט, דעם ערשטען געגעבען דאָס וואָרט.

אויסצוגען פֿון דער רעדע וואָס איך האָב דאַן געהאַלטען זײַנען געווען געדרוקט אין בעלגישע, דײַטשע און פֿראַנצויזישע צייטונגען. און אַ טייל פֿון זיי איז דערנאָך געווען איבערגעדרוקט אויף רוסיש, אין דעם פֿערטען בוך פֿון פּלעכאַנאָוו'ס דרײַ-מאָנאַטליכען זשורנאַל „סאָציאַל-דעמאָקראַט". אין אַ נאָטיץ בעט מיך די רעדאַקציע פֿון דעם זשורנאַל איהר צוצושיקען די גאַנצע רעדע. איך געדענק ניט צי איך האָב אַזוי געטאָן. איך גלויב אַז יאָ, וואָרים צווישען מיינע פּאַפּירען איז פֿילע יאָהרען געלעגען אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון דער רעדע, און דאָס איז, דאַכט זיך, געווען דער אָריגינאַל פֿון דעם עקזעמפּלאַר, וועלכען איך האָב אַוועקגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון דעם164„סאָציאַל-דעמאָקראַט". דער זשורנאַל איז אָבער סיי-ווי-סיי מעהר ניט ערשינען.

פֿון מיין רעדע איז אין איהם געדרוקט נאָר אַ קורצער אויסצוג, און אין איהם זיינען אַ פּאָר פּלעצער אביסעל צופּלאָנטערט. מען קען זעהן אַז עס פֿעהלען ווערטער. פֿון די אַנדערע באַריכטען ווידער, וועלכע זיינען אַלע געווען געדרוקט אין טעגליכע צייטונגען, — האָב איך קיין איינעם ניט*.

די דאָזיגע רעדע איז אָבער פֿאַרבונדען מיט איינער פֿון די בולט'סטע איבערלעבונגען פֿון מיינע יאָהרען, און איך געדענק איהר מיט אַלע איינצעלהייטען.

איך האָב גערעדט אויף ענגליש, און מיינע ווערטער זיינען איבערגעזעצטם געוואָרען אויף פֿראַנצויזיש און אויף דייטש. אָט איז זייער עיקר-איינהאַלט:

„איך קום אַהער ניט אַלס איד, נאָר אַלס אַרבייטער, — אַלס פֿאָרשטעהער פֿון אידיש-ריידענדע אַרבייטער. איך האָב די עהרע צו זיין אַ דעלעגאַט פֿון די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען פֿון ניו יאָרק. מען פֿרעגט ביי מיר צו וואָס האָב איך אויף דער טאַגעס-אָרדנונג אַרויפּגעשטעלט די אידען-פֿראַגע? איך ווייס דאָך אַז ביי סאָציאַליסטען איז קיין אידען-פֿראַגע ניטאָ. ביי זיי זיינען דאָך אַלע פֿעלקער גלייך. ביי זיי איז נאָר פֿאַראַן אַן אונטערשיד פֿון קלאַסען, פֿון אַרבייטער און קאַפּיטאַליסטען, פֿון באַרויבטע און זייערע רויבער. אויף דעם איז מיין ענטפֿער: איך ווייס דאָס גאַנץ גוט. אויב ניט, וואָלט איך אַהער ניט געקומען. אָבער ביי סאָציאַליסטען איז אויך ניטאָ קיין פֿראַגע וועגען מיליטאַריזם; מיר זיינען אַלע געגען דעם. און אַלע וויסען דאָס אַזוי גוט ווי מען ווייס אַז איהר זייט געגען אַנטיסעמיטיזם. דאָך האָבען אומשטענדען אייך געצוואואונגען צו דיסקוטירען165די מיליטאַריסטישע פֿראַגע. דאָס זעלבע קען מען זאָגען וועגען דער אידען-פֿראַגע.

„איך פֿאָדער גלייכהייט פֿאַר אַלע וויכטיגע פֿראַגען.

„די אידען ווערען פֿאַרפֿאָלגט. מען מאַכט אויף זיי פּאָגראָמען. מען באַליידיגט זיי, מען אונטערדריקט זיי. מען מאַכט פֿאַר זיי אויסנאַהמס-געזעצען. מען האָט זיי געמאַכט פֿאַר אַן אָפּגעזונדערטען קלאַס פֿון רעכטלאָזע מענשען. אָט דיזע רעכט-לאָזע מענשען ווילען קעמפֿען צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע פּראָלעטאַריער און זיי בעטען אַ פּלאַץ אין די רייהען פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע. די אַנטיסעמיטישע רוסישע פּרעסע אַטאַקירט די אידען און סטאַרעט זיך צו מאַכען דעם איינדרוק, אַז אַלע האָבען אונז פֿיינט, אפֿילו אַרבייטער. דעריבער פֿאָדער איך אַז איהר זאָלט פֿאַר דער וועלט ערקלעהרען אַז דאָס איז אַ ליגען, — אַז איהר זייט שונאים פֿון אַלע עקספּלואַטאַטאָרס, קריסטליכע אַזוי גוט ווי אידישע; אַז אידישע אַרבייטער זיינען אייך אַזוי ליב ווי קריסטליכע.

„איך פֿאַרלאַנג פֿון אייך ווערטער פֿון חבר'שער באַגריסונג צו די אָרגאַניזירטע אידישע אַרבייטער פֿון אַמעריקא, פֿון ענגלאַנד און פֿון דער גאַנצער וועלט. שטויסט צוריק דעם אַנטי-סעמיטיזם! ערקלעהרט פֿאַר דער וועלט אַז איהר פֿאַרדאַמט יעדע פֿאָרמע פֿון אידען-פֿאַרפֿאָלגונג!

„גיט דעם געהעריגען ענטפֿער אויף די בלבולים וואָס אַנטי-סעמיטישע צייטונגען פֿאַרשפּרייטען וועגען אונז. מיט דעם וועט איהר אידען צוגעבען מותה אַנטייל צו נעמען אין דעם קאַמף פֿאַר דער באַפֿרייאונג פֿון דעם פּראָלעטאַריאַט".

נאָך דער רעדע האָב איך פֿאָרגעלעזען מיין רעזאָלוציע. איך האָב איהר אָבער אויפֿגעשריבען ניט אין דער פֿאָרמע פֿון אַ רעזאָלוציע, נאָר אַלס טייל פֿון מיין רעדע, און דעריבער איז זי צווישען די רעזאָלוציעס ניט אָפּגעדרוקט געוואָרען.

מיין רעדע איז עטליכע מאָל אונטערגעבראָכען געוואָרען פֿון אַפּלאָדיסמענטען. איך האָב דעריבער געהאָפֿט אַז אַלץ וועט אָפּגעהן גלאַט און מיין רעזאָלוציע וועט דורכגעהן. איך האָב אָבער אַ טעות געהאַט.

4
די רעזאָלוציע פֿון זשאָן וואַלדערס. — ווילהעלם ליבקנעכט. — אַשיריאַדעם. — דר. ראַניאַר. — „פֿילאָסעמיטיזם". — פּלעכאַנאָוו'ס זשורנאַל „סאָציאַל-דעמאָקראַט".

166נאָך מיר האָט מען גענומען דאָס וואָרט דער פֿיהרער פֿון דער בעלגישער סאָציאַליסטישער פּאַרטי, זשאָן וואַלדערס, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרייסיג אָדער אפֿשר פֿערציג, מיט בלאָנדליכע האָר, ניט קיין דיקער, העכער פֿון מיטעלען וואוקס, מיט אַן עכט בעלגיש-האָלענדישען פּנים. נאָך אַ קורצער רעדע האָט ער פֿאָרגעשלאָגען אַ צווייטע רעזאָלוציע, און ווי מיר איז דערנאָך פֿאַרשטענדליך געוואָרען, איז דאָס אַלץ געווען דער רעזולטאַט פֿון אַ פּריוואַטער באַראַטונג מיט די פֿיהרענדע גייסטער פֿון דעם קאָנגרעס. פּאָול זינגער און וויקטאָר אַדלער האָבען אין דעם אַ לעבעדיגען אַנטייל גענומען. אַלס פֿאָרשלעגער פֿון דער רעזאָלוציע האָט מען אויסגעקליבען וואַלדערס'ן צוליב צוויי אורזאַכען: ערשטענס, אַלס דער פֿיהרער פֿון דער פּאַרטי אין בעלגיען, וואו דער קאָנגרעס איז פֿאָרגעקומען, און וואו די סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז שוין דאַן געווען זעהר גרויס, האָט ער געשפּילט אַ ספּעציעל וויכטיגע ראָלע. און צווייטענס, איז די צאָל אידען אין בעלגיען געווען קליין און דער אַנטיסעמיטיזם האָט דאָרטען ניט געשפּילט קיין ראָלע. אין באַצוג צו דער אידען-פֿראַגע אין בעלגיען אַלזאָ געווען אַן אונפּאַרטייאישע לאַנד, און דער שטאַנד-פּונקט פֿון אַזאַ סאָציאַליסט ווי וואַלדערס האָט באַדארפֿט אָנגענומען ווערען פֿאַר אַ ריין פּרינציפּיעלען שטאַנדפּונקט.

„סימפּאַטיע מיט אונטערדריקטע אידען איז זעלבסטפֿאַרשטענדליך — האָט וואַלדערס געזאָגט (איך נעהם דעם באַריכט פֿון פּלעכאַנאָוו'ס „סאָציאַל-דעמאָקראַט") — סאָציאַליסטען שטעלען זיך איין פֿאַר אַלע אונטערדריקטע געגען אונטער-דריקער, פֿאַר עקספּלואַטירטע געגען עקספּלואַטירער. די אונטערדריקטע און עקספּלואַטירטע פֿון אַלע לענדער זיינען צווישען167זיך פֿאַרבונדען מיט דעם בונד פֿון ברידערליכקייט. דער צעטעל פֿון סאָציאַליסטישע מאַרטירער, וועלכע זיינען געפֿאַלען אין דעם פֿרייהייטס-קאַמף פֿון רוסלאַנד, ענטהאַלט צו פֿיל אידישע נעמען, אַז מען זאָל אונז קענען חושד זיין אין אומפֿריינדליכע באציהונגען צו אידען.

„די אַנטיסעמיטישע באַוועגונג ווערט אויפֿגעהאַלטען בלויז פֿון בורזשואַזע פּאַרטייען, און זי שטאַמט, צווישען אַנדערע זאַכען, פֿון דער קנאה, וועלכע קריסטליכע עקספּלואַטאַטאָרס פֿיהלען צו אידישע עקספּלואַטאַטאָרס (אַפּלאָדיסמענטען). פֿאַר אונטערדריקטע אידען איז פֿאַראַן נאָר איין וועג: אַרייגצוטרעטען אין די סאָציאַליסטישע מחנות".

אָט איז די רעזאָלוציע, וואָס וואַלדערס האָט פֿאָרגעשלאָגען:

„נעמענדיג אין אנבאַטראַכט אַז אַרבייטער און סאָציאַליסטישע פּאַרטייען פֿון אַלע לענדער האָבען אימער ערקלעהרט, אַז פֿאַר זיי עקזיסטירט ניט קיין פֿאָלקס-פֿיינדשאַפֿט און קיין נאַציאָנאַלע פֿיינדשאַפֿט און עס קען ניט זיין קיין אַנדער קאַמף ווי דער קלאַסען-קאַמף פֿון די פּראָלעטאַריער פֿון אַלע פֿעלקער געגען די קאַפּיטאַליסטען פֿון אַלע פֿעלקער;

„נעמענדיג אין אַנבאַטראַכט, אַז דער איינציגער וועג צו דער באַפֿרייאונג פֿון די אידישע אַרבייטער איז זייער פֿאַראייניגונג מיט די סאָציאַליסטישע פּאַרטייען פֿון די אַרבייטער פֿון די לענדער, אין וועלכע זיי וואוינען, —

„ערקלעהרט דער קאָנגרעס, אַז פֿאַרדאַמענדיג די העצערייען געגען אידען אַלס אַ כיטרען מיטעל, וועלכען קאַפּיטאַליסטישע און רעאַקציאָנערע רעגירונגען געברויכען מיט דעם צוועק אַריינצוברענגען אַ שפּאַלטונג צווישען די אַרבייטער, און אראָפּצושלעפּען די סאָציאַליסטישע באַוועגונג פֿון איהר ריכטיגען ציל, —

„האַלט ער פֿאַר איבעריג צו באַטראַכטען די פֿראַגע, וועלכע איז אַריינגעבראַכט געוואָרען פֿון דעם פֿאָרשטעהער פֿון אידיש-ריידענדע גרופּען פֿון אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען, און געהאָט איבער צו די נעקסטע פֿראַגען פֿון דער טאַגעס-אָרדנונג".

ווען וואַלדערס האָט געענדיגט לעזען זיין רעזאָלוציע, איז168אין אַ געוויסען ווינקעל פֿון דער פֿראַנצויזישער דעלעגאַציע געוואָרען אַ מהומה. עטליכע דעלעגאַטען האָבען זיך געריסען צום וואָרט, און דער פֿאָרזיצענדער האָט זיי קוים באַרוהיגט מיט אַ פֿאָדערונג, אַז זיי זאָלען צוערשט לאָזען איבערזעצען די רעזאָלוציע אויף דייטש און אויף ענגליש (וואַלדערס האָט איהר פֿאָרגעלעזען אויף פֿראַנצויזיש).

נאָך דעם ווי די איבערזעצונגען זיינען געמאַכט געוואָרען, האָט זיך אויפֿגעשטעלט אַ הויכער, שוואַרץ-האָריגער און שוואַרץ-באַרדיגער מאַן אין די מיטעלע יאָהרען, מיט ברייטע פּלייצעס, אַ גרויסער, אַ שטאַרקער ווי אַ דעמב. ער האָט געהערט צו דער פֿראַנצויזישער דעלעגאַציע; אַליין איז ער אָבער געווען אַ גרעק. זיין נאָמען איז געווען אַשיריאַדעם. ער איז געווען אַן אַדוואָקאַט אין פּאַריז.

ער האָט גערעדט וועגען אידישע באַנקירען, וועגען אידישע עקספּלואַטאַטאָרס, און ער האָט געשריען און געברומט אי געגען מיין פֿאָרשלאַג, אי געגען וואַלדערס'עס.

— אויב עס זיינען פֿאַראַן אַנטיסעמיטישע העצערייען, זיינען אָבער אויך דאָ פֿילאָסעמיטישע (אידען-פֿריינדליכע) העצערייען געגען אַנדערע פֿעלקער, צו גונסטען פֿון אידען, — האָט ער געטענה'ט. נאָך איהם האָט גערעדט אַ פֿראַנצויז מיט'ן נאָמען ראַניאַר. וועגען זיין רעדע געפֿינען מיר אין פּלעכאַנאָוו'ס „סאָציאַל-דעמאָקראַט" דאָס פֿאָלגענדע:

„פֿאַרדאַמענדיג די פֿאַרפֿאָלגונגען, וועלכע זיינען געצילט געגען אידען, געפֿינט ער (ראַניאַר) אָבער, אַז עס איז פֿאַרהאַן אַ ס ע מ י ט י ש ע פֿ ר אַ ג ע, וועלכע איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער סאָציאַלער פֿראַגע. דאָ ברענגט דער „סאָציאַל-דעמאָקראַט" ראַניאר'ס ווערטער: „איך מיין נעמליך די פֿראַגע וועגען אידישע באַנקען, אַ שאַרפֿע פֿראַגע, וועלכע וועט סוף כל סוף אונז אַלעמען אומברענגען".

אַנדערע דעלעגאַטען האָבען גערעדט. איניגע אין דעם זין ווי אַשיריאַדעם און ראַניאַר, אַנדערע געגען זיי. איך האָב ווידער געהאָט דאָס וואָרט. ריידענדיג אין אַ טאָן פֿון ערשטוינונג און ענטריסטונג, האָב איך געפֿרעגט:169— וואו האָט דער דעלעגאַט אַשיריאַדעם אויסגעגראָבען דאָס וואָרט „פֿילאָסעמיטיזם"? וואו האָט ער דאָס געזעהן אַז מען זאָל אונטערדריקען קריסטען אין די אינטערעסען פֿון אידען? וועט ער אפֿשר אונז דערצעהלען וועגען פּאָגראָמען וואָס אידען מאַכען אויף ניט-אידען? אָדער וועגען ספּעציעלע פּריווילעגיעס, וועלכע מען גיט אידען און וועלכע אַנדערע איינוואואינער האָבען ניט? און וואָס האָט דאָס פֿאַר אַ שייכות צו דער פֿראַגע וועגען באַנקירען? אַ באַנקיר איז אַ באַנקיר צי ער איז אַ איד צי אַ קריסט. וואָס האָט דאָס צו טאָן מיט דער אידען-פֿראַגע?

אַ צווייטע גרופּע פֿון די דעלעגאַטען אױפֿ'ן בריסעלער קאָנגרעס.
אַ צווייטע גרופּע פֿון די דעלעגאַטען אױפֿ'ן בריסעלער קאָנגרעס.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 168–169)

— עס האָט שוין אַ סך צו טאָן! — האָט אַשיריאַדעם מיר אונטערבראָכען.

עס איז ווידער געוואָרען אַ מהומה. לעבען דער פּלאַטפֿאָרמע איז דאַן געשטאַנען רובאַנאָוויטש, און זיינע פֿריינדליכע ווערטער צו מיר האָבען מיר צוגעגעבען מות. איך האָב אפֿעלירט צו דעם קאָנגרעס: אַזעלכע ניט-סאָציאַליסטישע מיינונגען ווי אַשיריאַדעם'עס און ראַניאר'ס ניט צו שענקען קיין אויפֿמערקזאַמקייט און אָנצונעהמען מיין רעזאָלוציע.

ווען איך האָב דערגרייכט מיין פּלאַץ ביי איינעם פֿון די גרויסע לאַנגע טישען, ביי וועלכע עס זיינען געזעסען די דעלעגאַטען, איז צו מיר צוגעלאָפֿען דער אַלטער דייטשער פֿיהרער, ווילהעלם ליבקנעכט, און ריידענדיג צו מיר אויף ענגליש, האָט ער געזאָגט מיט אויפֿרעגונג:

— מיט אייער קאַכען זיך טוט איהר שאַדען אפֿילו אייער אייגענעם פֿאָרשלאַג.

— און אַזעלכע מענשען ווי אַשיריאַדעם מעגען זיך יאָ קאַכען?

— קיינער נעהמט אַזעלכע רעדעס ווי זיינע ניט ערנסט. ווען איהר וואָלט ניט פֿאַרקאַכט די קאַשע, וואָלטען אַזעלכע מענשען ניט געהאַט קיין געלעגענהייט.

די דעבאַטע איז פֿאָרטגעזעצט געוואָרען. עס האָט זיך ווידער געטומעלט, און אַלס אַ קאָמפּראָמיס האָט מען ענדליך אָנגענומען וואַלדערס'עס רעזאָלוציע מיט אַן אַמענדמענט פֿון אַשיריאַדעם, דאָס הייסט, אַז דער קאָנגרעס פֿאַרדאַמט א י ד ע ם170א נ ט י ס ע מ י ט י ז ם א י דעם פֿ י ל אָ ס ע מ י ט י ז ם.

איך בין אָפּהענגטיג געוואָרען. עס האָט זיך מיר פּשוט ניט געגלויבט. איך בין געקומען מיט אַ האַרץ פֿול מיט אינטערנאַציאָנאַלער ליבע. ווען איימיצער וואָלט מיר פֿריהער געזאָגט, אַז אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעס זאָל זיין פּלאַץ פֿאַר אַזעלכע רעדעס ווי אַשיריאַדעם'עס און ראַניאר'ס, וואָלט איך זיך צולאַכט.

מען דאַרף אָבער באַמערקען, אַז די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען וואָס האָבען גערעדט מעהר אָדער ווייניגער אין אַ אַנטיסעמיטישען זין, זיינען ניט געווען קיין פֿאָרשטעהער פֿון פֿאָלשטענדיגע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען. די סאָציאַליסטישע באַוועגונג פֿון פֿראַנקרייך איז דאַן געווען צוטיילט און צוברעקעלט, און פֿאָלשטענדיגע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען זיינען געווען דריי, פֿון וועלכע נאָר איינע — די „פּאַרטי אואוורי" (אַרבייטער-פּארטי), די פּאַרטי פֿון זשול געד — איז געווען אַן אמת'ע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע, ווי די דייטשע אָדער די עסטרייכישע. דעם נאָמען „סאָציאַליסטען" האָבען אין פֿראַנקרייך אויך געטראָגען (און טראַגען נאָך עד היום) ליבעראַלע אָרגאַניזאַציעס פֿון קליינע און מיטעלע געשעפֿטסלייט און פֿאַרמערס, וועלכע האָבען מיט'ן סאָציאַליזם ניט צו טאָן. עס איז אָפֿט שווער געווען צו דערגעהן אַ טאָלק ווער עס איז ווירקליך אַ סאָציאַליסט, און ווער עס טראָגט נאָר דעם נאָמען.

וועגען דעם דאָקטאָר ראַניאַר, וועלכער האָט גערעדט וועגען אַ „ס ע מ י ט י ש ע ר פֿ ר אַ ג ע", געפֿינען מיר אין דעם דערמאָנטען אַרטיקעל פֿון פּלעכאַנאָוו'ס „סאָציאַל-דעמאָקראַט" די פֿאָלגענדע אינטערעסאַנטע באַמערקונג:

„צו דער עהרע פֿון דעם פֿראַנצויזישען פּראָלעטאַריאַט דאַרף מען באַמערקען, אַז צו דער אַרבייטער-פּאַרטי געהערט דר. ראַניאַר ניט. איהם האָט אויפֿ'ן קאָנגרעס געשיקט „אַ גרופּע אויף צו שטודירען סאָציאַלע פֿראַגען", און מען קען זעהן אַז מיט דער טעאָריע פֿון דעם הײַנטיגען סאָציאַליזם איז די גרופּע נאָך ווייניג באַקאַנט".171וואָס אנבאַטרעפֿט אַשיריאַדעם'ן, איז ער אויך ניט געווען קיין דעלעגאַט פֿון דער פֿראַנצויזישער אַרבייטער-פּאַרטי. צי ער האָט געהערט צו איינער פֿון די אַנדערע צוויי סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס (די „וואיאַניסטען" און די „אַלמאַניסטען") געדענק איך ניט. אין זיי האָבען זיך אָבער יעדנפֿאַלם געפֿונען גענוג טומעל-קעפּ, וועלכע האָבען דעם סאָציאַליזם ווייניג פֿאַרשטאַנען.

מיט „פֿילאָסעמיטיזם" האָט אַשיריאַדעם און ראַניאַר געמיינט די פֿאַרבינדונג וואָס גרויסע אידישע באַנקירען האָבען מיט רעגירונגען, וועלכע מאַכען מיט זיי געשעפֿטען, אָדער אידישע אייזען-באַהן קאָמפּאַניעס, אָדער אַנדערע קאָמפּאַניעס וועלכע באַקומען קאָנצעסיעס. דאָס האָט ביי דיזע „אויך מיר סאָציאַליסטען" געהייסען „אַ ספּעציעלע באַוועגונג צו גונסטען פֿון דעם אידישען פֿאָלק". אָט דאָס האָבען זיי אַרויסגעשטעלט אַלס אַ געגענזאַץ געגען פּאָגראַמען און אידישע רעכטלאָזיגקייט. ראַניאר'ם טענה איז געווען די אַלטע אַנטיסעמיטישע טענה, אַז אידען ווילען אַריינכאַפֿען די וועלט אין זייערע הענט.

דער אַרטיקעל אין פּלעכאַנאָוו'ם זשורנאַל קריטיקירט די שטעלונג פֿון דעם קאָנגרעס צו „פּונקט 4" גאַנץ שאַרף. ער שטעלט אַרויס אינטערעסאַנטע אַרגומענטען ניט נאָר געגען אַשיריאַדעם'עס אַמענדמענט און דר. ראַניאר'ם רעדע, נאָר אויך געגען וואַלדערס'עס רעזאָלוציע. ערשטענס, צוקלאַפֿט ער די טענה, אַז אַזוי ווי סאָציאַליסטען האָבען אימער פֿאַרדאַמט ראַסען-האַס, דאַרף דער קאָנגרעס די אידען-פֿראַגע מעהר ניט באַטראַכטען. סאָציאַליסטען זיינען אויך אימער געווען פֿאַר גלייכבאַרעכטיגונג פֿון דער פֿרוי — זאָגט דער אַרטיקעל — דאָך האָט דאָס דעם קאָנגרעס ניט געשטערט אָנצונעהמען אַ רעזאָלוציע, וועלכע פֿאָדערט אויף די סאָציאַליסטישע פּאַרטייען פֿון אַלע לענדער אין זייערע פּראָגראַמען אַריינצושטעלען אַ פֿאָדערונג וועגען פֿאָלשטענדיגע פּאָליטישע רעכט פֿאַר פֿרויען.

דער אַרטיקעל-שרייבער ברענגט די ווערטער וואָס פּאָול זינגער172האָט געזאָגט בײַ דיזען קאָנגרעס, בשעת עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען דער פֿרויען-פֿראַגע:

„די דאָזיגע פֿאָדערונג — האָט זינגער געזאָגט — געפֿינט זיך שוין אין אונזער פּראָגראַם; עס זיינען אָבער פֿאַרהאַן לענדער וואו זי ווערט נאָך ניט אַרויסגעשטעלט. דעריבער איז אַזאַ רעזאָלוציע אַ פֿאָלשטענדיג געהעריגע זאַך."

אַלזאָ באַמערקט דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם אַרטיקעל אין דעם רוסישען „סאָציאַל-דעמאָקראַט" *:

„כמעט פּונקט דאָס זעלבע וואָלט מען געקענט זאָגען וועגען דער אידען-פֿראַגע: הגם מיר סאָציאַליסטען זיינען אימער געווען פֿאַר דער גלייכבאַרעכטיגונג פֿון אַלע מענשען, עס מאַכט ניט אויס צו וועלכען פֿאָלק אָדער רעליגיע זיי געהערען, דאָך, אַזוי ווי עס זיינען פֿאַרהאַן לענדער, וואו די פּאַרטייען, וואָס זיינען פֿײַנדליך צו אונז, סטאַרען זיך אַרויפֿצושטופֿען אַרבייטער אויף דעם אַנטיסעמיטישען וועג, דעריבער איז עס אַ געהעריגע זאַך צו רעקאָמענדירען אַלע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען, אַז זיי זאָלען אין זייערע פּראָגראַמען אונטערשטרייכען אַ פֿאָדערונג אַז מען זאָל אַלעמען געבען פֿאָלשטענדיגע בירגער-רעכט און פּאָליטישע רעכט, עס מאַכט ניט אויס צו וועלכען פֿאָלק אָדער רעליגיע מען זאָל געהערען. און מיר, סאָציאַליסטען פֿון אַלע לענדער, דאַרפֿען דאָס טאָן מיט אַ ספּעציעלען אינטערעס, ווייל מיר ווייסען וויפֿיל די אינטערנאַציאָנאַלע סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז די אידען פֿאַרפֿליכטעט מיט איהרע ערפֿאָלגען, און וואָס פֿאַר אַ נידעריגע אינטערעסען עס ווירקען אויף די רעגירונגען און פּאַרטייען, וועלכע העצען קריסטען געגען אידען."

וועגען אַזשיריאַדעס'עס „פֿילאָסעמיטיזם" זאָגט דער זעלבער אַרטיקעל, אַז דאָס צו שטעלען אויף דער זעלבער ליניע ווי דעם אַנטיסעמיטיזם וואָלט געהאַט אַ זין נאָר דאַן, ווען עס וואָלט עקזיסטירט אַזאַ לאַנד, וואו אידען, אַלס אידען, וואָלטען געהאַט173מעהר רעכט ווי קריסטען, און וואו קריסטען וואָלטען געווען אונטערדריקט און פֿאַרפֿאָלגט דערפֿאַר וואָס זיי זיינען קריסטען. וואָס אָנבאַטרעפֿט ראָניאַר'ם שרעק טאָמער וועלען די אידישע באַנקען „אונז אַלעמען אומברענגען", באַמערקט דער אַרטיקעל-שרייבער וועגען דעם: „אויב די באַנקען וועלען דאָס טאָן, וועלען זיי דאָס טאָן אַלס באַנקען און ניט אַלס באַנקען וועלכע געהערען צו אידען" — אַז „די באַנק-פֿראַגע איז אַן עקאָנאָמישע פֿראַגע און ניט קיין נאַציאָנאַלע."

זשאַן וואָלדערס אין 1893.
זשאַן וואָלדערס אין 1893.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 172–173)

אינטערעסאַנט און שאַרפֿזיניג זיינען אין דעם אַרטיקעל די פֿאָלגענדע שורות:

„פֿאָדערענדיג אַז פֿרויען זאָלען די האָבען די זעלבע פּאָליטישע רעכט ווי מענער, האָט דער קאָנגרעס נאַטירליך אין זינען אידישע פֿרויען אַזוי גוט ווי אַנדערע. אויב אַזוי, טאָ וואָס פֿאַר אַ פּנים האָט דיזע פֿאָדערונג אין בעצוג צו רומעניען, צום ביישפּיל? עס קוקט אויס, אַז אין דער צייט ווען פֿאַר אידישע פֿרויען פֿון רומעניען פֿאָדערט דער קאָנגרעס פֿאָלשטענדיגע בירגער-רעכט, האַלט ער ניט פֿאַר נויטיג צו פּראָטעסטירען געגען דער רעכטלאָזיגקייט פֿון די אידישע מענער פֿון רומעניען. פֿאַרוואָס ווייזט דער קאָנגרעס אַרויס אַזאַ פּאַרטייאישקייט צו דעם שעהנעם געשלעכט?"

איידער איך בין אַוועקגעפֿאָהרען פֿון בריסעל, האָב איך ערהאַלטען צוויי בריוו פֿון אידישע פֿאָרשטעהער — איינעם פֿון בודאַפּעסט און אַ צווייטען פֿון מינכען — און אַ דריטען בריוו, איך געדענק ניט פֿון וואַנען, האָט מען מיר איבערגעשיקט קיין לאָנדאָן — אַלץ וועגען מיין „פּונקט 4". דער בודאַפּעסטער בריוו איז געווען געשריבען אונגעפֿעהר אין דעם זעלבען גייסט ווי דער בריסעלער ראַבינער האָט גערעדט צו מיר. דער מינכענער האָט זיך אַריינגעלאָזט אין אַ פּלפּול געגען סאָציאַליזם, און דער דריטער בריוו (פֿון דעם רעדאַקטאָר פֿון אַ יהודים'שער וואָכענ-בלאַט) האָט געבעטען איך זאָל איהם צושיקען אייניצעלהיימען פֿון דער קאָנגרעס-דעבאַטע איבער דער אידען-פֿראַגע.

מיין רעדע איז דערנאָך דיסקוטירט געוואָרען אין דער נאַציאָנאַליסטיש174אידישער פּרעסע אין פֿאַרשידענע שפּראַכען. אויך איז וועגען איהר גערעדט געוואָרען אין דער סאָציאַליסטישער פּרעסע.

דער קאָנגרעס איז אָנגעגאַנגען מיט זיין אַרבייט. ווי געוועהנליך אויף אַזעלכע קאָנגרעסען, האָט מען יעדע פֿון די ערשטע רעזאָלוציעס דיסקוטירט פֿילע שטונדען, און אַ גאַנצער פּאַק מיט פֿראַגען איז געבליבען אויפֿ'ן לעצטען טאָג. דיזע זיינען דערנאָך „רעילראָאָדער" געוואָרען (דורכגעשיקט געוואָרען אויפֿ'ן שנעל-צוג), ווי מען דריקט זיך אויס אין אַמעריקא.

5

[טאָפּיק] סטודענטקעס פֿון ווילנא. — איגלעזיאַם. — אין גהענט. — קאַרמאַניאָל. — איסאַק הורוויטש. — אַזוי ווי שיפֿען וואָס באַגעגענען זיך אויפֿ'ן ים.

איין מאָל געהט צו מיר צו וואַנדערוועלדע, דער יונגער פֿאָרזיצענדער פֿון דער ארײנדזשמענטס-קאָמיטע, און זאָגט צו מיר, אַז צוויי פֿרײלינס, סטודענטקעס, ווילען זיך זעהן מיט מיר. „זיי זאָגען, אַז זיי זיינען פֿון אייער שטאָדט, פֿון ווילנא" — האָט ער מיר ערקלעהרט.

איך בין אַרויסגעגאַנגען, און פֿאַר מיר האָבען זיך פֿאָרגעשטעלט צוויי אידישע „באַרישניעס", וועלכע האָבען דאַן שטודירט אין דעם בריסעלער אוניווערסיטעט. איינע פֿון זיי האָט געהייסען סענגאַל; זי איז געווען די טאָכטער פֿון אַ רייכער, גוט-באַקאַנטער ווילנער פֿאַמיליע. איהר פֿאָטער האָט געהאַלטען אַן אַפּטעקאָר-סקען מאַגאַזין (האָלסייל דראָג סטאָר). זיי האָבען זיך דערוואוסט, אַז איך בין אַ ווילנער, און דער פֿאַקט, אַז זייערער אַ לאַנדסמאַן איז אַ דעלעגאַט, האָט אויף זיי געמאַכט אַ גרויסען איינדרוק. עס איז געווען אַ גאַנצער יחום בײַ זיי. מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען. איך האָב פֿאַר זיי פֿאָרגעשטעלט רובאַנאָוויטש'ן און זיי האָבען אונז איינגעלאַדען אויף טהיי צו זיך.

מיר האָבען געשמועסט וועגען פֿאַרשידענע זאַכען. ווען איך האָב געטראָפֿט מיט די סטודענטקעס ריידען וועגען ווילנא, האָט175זיך אַרויסגעצייגט, אַז מיר האָבען זעהר ווייניג געמיינשאַפֿטליכעס. קיין געמיינשאַפֿטליכע באַקאַנטע גאָרניט. טיילווייז איז דאָס אפֿשר געווען, ווייל זיי האָבען געהערט צו אַ רייכער פֿאַמיליע, צו אַן אַנדער געזעלשאַפֿטליכען קרייז ווי מיינער. אָבער נאָר טיילווייז. דער עיקר איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס איך בין פֿון ווילנא געווען צעהן יאָהר און זיי — נאָר איין יאָהר. וויעדער האָב איך דערפֿיהלט ווי שנעל עס לויפֿט דער לעבענס-שטראָם. מיר האָט זיך געדוכט אַז איך געהער צו אַן אַנדער דור.

איך האָב דערצעהלט וועגען אַמעריקא און רובאַנאָוויטש וועגען פּאַריז און דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. זיין פֿרוי — אַ קריסטין — איז געווען איינע פֿון די וויכטיגסטע קעמפֿערינס פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ וואָליאַ", אַ מיטגליד פֿון דעם באַריהמטען „איספּאָלניטעלני קאָמיטעט"; און ער איז געווען נאָהענט באַקאַנט מיט אַלע אָנגעזעהענע נאַראָדאָוואָלצעם, וואָס האָבען זיך געפֿונען אין פּאַריז.

איינע פֿון די קאָנגרעס-סצענעס, וואָס האָבען אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿען איינדרוק, איז געווען די פֿאָלגענדע: אַ שפּאַנישער דעלעגאַט מיט'ן נאָמען פּאַבלאָ איגלעזיאַם שטעהט און רעדט פֿאַר'ן קאָנגרעס אויף זיין מוטער-שפּראַך, און הגם כמעט קיינער פֿון די אַנדערע דעלעגאַטען פֿאַרשטעהט ניט אַ וואָרט, הערען זיי דאָך מיט אַ געשפּאַנטער אויפֿמערקזאַמקייט, און אין דעם גרויסען זאַל הערשט אַ שטילקייט, וועלכע איז דורכגעדרונגען מיט באַגייסטערונג און באַצויבערטקייט.

איך האָב שוין ערקלעהרט, אַז נאָר אויף איינער פֿון די דריי אָנגענומענע שפּראַכען — דייטש, פֿראַנצויזיש און ענגליש— האָט מען געקענט האַלטען אַ רעדע פֿאַר'ן קאָנגרעס (דיזע באַשרענקונג איז געווען אַ פּראַקטישע נויטווענדינקייט, וואָרים די איבערזעצונג פֿון יעדער רעדע אויף צוויי שפּראַכען האָט אויך פֿאַרנומען צופֿיל צייט). אָבער איגלעזיאַם איז געווען אַלגעמיין באַקאַלט און באַליבט, האָט מען געמאַכט אַן אויסנאַהם און איהם ערלויבט צו ריידען אויף שפּאַניש. ער איז געווען אַ בלאַסער, מיט בלאָנדע האָר, מיט אַ בלאָנדער באָרד און ליכטיגע בלויע176אויגען. ווען ער האָט זיך צוועדט, האָבען די דאָזיגע אויגען זיינע געשיינט מיט אַ זעלטענער שיין, און זיינע ציינע האָבען געבליטשעט ווי ווייסע פֿלאַמען. זיין בלייכער פּנים האָט געבלאַנקט ווי בײַ אַ באַגייסטערטען מת; זיין שטימע האָט געקלונגען מיט ניט-ערדישע טענער. ער האָט גערעדט מיט לײַדענשאַפֿט.

ווען ער האָט געענדיגט, האָט אויסגעבראָכען אַ הילכענדער אַפּלאָדיסמענט, וועלכער איז וויעדערהאָלט געוואָרען וויעדער און וויעדער. דערנאָך האָט אימיצער איבערזעצט זיין רעדע אויף די אָנגענומענע שפּראַכען. פֿון דיזער שטונדע אָן איז איגלעזיאַם געוואָרען איינער פֿון די בולט'סטע פֿיגורען פֿון דעם קאָנגרעס.

די געגאָסען פֿון דער בעלגישער שטאָדט גהענט (איינע פֿון די עלטסטע שטעדט אין אייראָפּא) האָבען דעם גאַנצען קאָנגרעס איינגעלאַדען צו זיך אויף אַ טאָג. אין גהענט איז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג געווען שטאַרק, און די קאָאָפּעראַטיווע אָנשטאַלטען זיינען געווען גרויס. ווען מיר זיינען אַראָפּ פֿון וואָקזאַל און האָבען מאַרשירט צו דער גהענטער פֿאָלקס-הויז, זיינען די טראָטואַרען געווען געפּאַקט מיט אַרבייטער-פֿאַמיליען, און פֿילע מויערען זיינען געווען אויסגעפּוצט מיט פֿאָהנען לכבוד אונז. לוסיען סעניעל איז געווען אין אַזא געהויבענער שטימונג, אַז ער האָט אַלע ווײַלע געדריקט מיין אָרים צו זיך, און מאַרשירענדיג, האָט ער זיך געהאַלטען אין נײַנען רעכטס און לינקס און געשריען צו די קראָודס: „ל'אמעריק וואו סאלי! ל'אמעריק וואו סאלי! " (אַמעריקא גריסט אייך).

דאָס איז געווען אַ טאָג פֿון באַנקעטען, קאָנצערטען און רעדעם. אויף דעם הויפּט-באַנקעט, בײַטאָג, האָט איינער פֿון די דייטשע דעלעגאַטען געהאַלטען אַ צולאַנגע און לאַנגווייליגע רעדע.

„וואו איז איגלעזיאַם? — האָט דער דייטשער פֿיהרער, אויגוסט בעבעל, געפֿרעגט בײַ די וואָס זיינען געזעסען לעבען איהם — זאָל ער ריידען. איהם פֿאַרשטעהע איך אַ סך בעסער".

ווען מיר האָבען זיך אומגעקערט קיין בריסעל, האָט מען177אונז פֿאָטאָגראַפֿירט. אַ פּאָר הונדערט פֿון אונז האָבען זיך אויסגעשטעלט און אויסגעזעצט אויף די טרעפּ פֿון אַן אַלטער געריכטס-געביידע, ניט ווייט פֿון דעם „מעזאָן דע פּעפּל", און מען האָט אונז אַרונטערגענומען צוויי מאָל. אין דעם מוזעאום פֿון מיין פֿערזענליכער געשיכטע זיינען די צוויי פֿאָטאָגראַפֿישע גרופֿען צוויי טײַערע דענקמאָלען.

די צוויי בילדער, וואָס זיינען דאָ געגעבען געוואָרען בײַ פֿײדזש 162 און בײַ פֿײדזש 169, זיינען אַרויסגענומען פֿון יענע צוויי גרויסע פֿאָטאָגראַפֿירטע גרופֿען.

אַן אינטערעסאַנטער געדאַנקען-בילד איז בײַ מיר פֿאַרבליבען פֿון דעם באַנקעט, וואָס מיר האָבען געהאַט אין בריסעל פֿאַר'ן אַוועקפֿאָהרען. מיט מיר צוזאַמען איז געזעסען איינער פֿון די דייטשע סאָציאַל-דעמאָקראַטען, אַ דייטשער איד מיט'ן נאָמען וואָרם. ער איז אַמאָל געווען אַ לעהרער פֿון דער דייטשער שפּראַך בײַ אַ רוסישען גראַף. אַלזאָ האָט ער זיך אויסגעלערענט אַביסעל רוסיש און ער האָט איצט געמאַכט עטליכע פּראָבען צו ריידען מיט מיר אויף דיזער שפּראַך, אָבער אָהן ערפֿאָלג.

די דעלעגאַטען זיינען געוואָרען אָנגעוואַרימט, טיילווייז פֿון ווײַן און טיילווייז טאַקע פֿון גוטען געמיט. אַלע האָבען זיך גענומען פֿאַר די הענט און האָבען גענומען טאַנצען דעם רעוואָלוציאָנערען „קאַרמאַניאָל". וואָרם האָט געטאַנצט און געזונגען מיט פֿייער. איך זעה, דאַכט זיך, ווי זיינע לאַנגע האָר טרייסלען זיך אין טאַקט צו זיינע באַוועגונגען.

אין דער שוועדישער דעלעגאַציע איז געווען אַ פֿרוי מיט'ן נאָמען זאַקס (ניט קיין אידישע). ריידענדיג צו מיר אויף דייטש האָט זי זיך נאָכגעפֿרעגט אויף איסאַק הורוויטש'ן („יצחק אייזיק"), מיט וועמען זי איז באַקאַנט געוואָרען אין די עטליכע וואָכען, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין שוועדען *. אַ באַמערקונג וואָס זי178האָט געמאַכט, זיצענדיג אַנטקעגען מיר בײַם טיש, האָט זיך מיר איינגעקריצט אין מיין געדאַנקען.

„עס איז אַזוי ריהרענד — האָט זי געזאָגט מיט האַרץ — ווען מען דערמאָנט זיך, אַז אָט זיינען מיר אַלע צוזאַמען אַזוי ווי אַ פֿאַמיליע, און באַלד וועלען מיר זיך צופֿאָהרען און מעהר מסתמא זיך שוין קיינמאָל ניט זעהן. עס איז אַזוי טרויעריג".

אין מיין געדאַנקען איז איהר באַמערקונג דערנאָך צוזאַמענגעבונדען געוואָרען מיט אַן ענגלישען ראָמאַן „שיפּס דהאַט פּעסס אין די נאַיט" (שיפֿען וועלכע באַגעגענען זיך אויפֿ'ן ים בײַנאַכט), פֿון ביטריס האַרראַדען. די שיפֿען באַגעגענען זיך אויף אַ ווײַלע און געהען זיך וויעדער פֿאַנאַנדער; מעהר זעהען זיי זיך קיינמאָל ניט. דער ראָמאַן שטעלט פֿאָר ווי אַ יונגער מאַן און אַ יונגע פֿרוי ווערען באַקאַנט אין אַ באָרדינג-הויז אין דער שווייץ. זיי ווערען געגענזייטיג פֿאַראינטערעסירט, אָבער זיי זיינען צוזאַמען נאָר אַ קורצע צייט; זיי צופֿאָהרען זיך און מעהר זעהען זיי זיך ניט.

דאָס שיידען זיך שאַפֿט אומעטיגע שטימונגען. אַ סצענע פֿון זעגענען זיך ווען עס געהט אָפּ אַ צוג אָדער אַ שיף, איז אַ טראַגישע סצענע.

6
די ענגלענדער מאַכן אַ פֿאָרשלאַג און די פֿראַנצויזן נעמען ניט אָן

179פֿאַר'ן פֿאַנאַנדערפֿאָהרען זיך האָט אַן ענגלענדער געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז די ענגלישע און פֿראַנצויזישע דעלעגאַציעס זאָלען צוזאַמען באַזוכען וואָטערלו און דאָרטען זיך געבען די הענט. וואָטערלו איז דער פּלאַץ פֿון דער היסטאָרישער שלאַכט, וואו נאַפּאָלעאָן דער ערשטער האָט געהאַט זיין ענדליכע נידערלאַגע ביי די ענגלענדער און די דייטשען, הויפּטזעכליך ביי די ענגלענדער. די שטעדטעל געפֿינט זיך לעבען בריסעל — ביי אַ שטונדע רייזע פֿון דאָרטען. אַ סך ענגלענדער פֿאָהרען באַקוקען דעם פּלאַץ. זיי פֿאָהרען אַהין מיט אַ פּאַטריאָטישען אינטערעס — זעהן דעם אָרט וואו זייער נאַציאָן האָט געהאַט דעם היסטאָרישען זיג. אַלזאָ, האָט די ענגלישע דעלעגאַציע פֿאָרגעשלאָגען אַז די פֿאָרשטעהער פֿון די צוויי נאַציאָנען זאָלען אַהין אַריבערפֿאָהרען מיט אַ אינטערנאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישען אינטערעס; אויף דעם פּלאַץ וואו זייערע זיידעס האָבען געהאַט זייער בלוטיגען צוזאַמענשטויס, זאָלען זיי זיך דריקען די הענט און מאַכען אַ דעמאָנסטראַציע פֿון פֿעלקער-בּרידערשאַפֿט.

די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען האָבען אויפֿ'ן פֿאָרשלאַג אָפּגעענטפֿערט מיט אַ ביינזען שטיל-שווייגען: זיי זאָלען צוזאַמען מיט ענגלענדער באַזוכען די פֿעלד, וואו זייער נאַציאָן איז באַזיגט געוואָרען פֿון די ענגלענדער! „וואָס פֿאַר אַ טאַקטלאָזער פֿאָרשלאַג!" — האָב איך געהערט פֿון אַ פּאָר פֿון זיי.

דאָס איז געווען אַ צווייטע שמערצליכע איבעראַשונג פֿאַר מיר. דאַכט זיך, וואָס האָט געקענט זיין שענער און נאַטירליכער ווי דער פֿאָרשלאַג פֿון די ענגלישע געאָסען? און דאָך האָבען די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען דאָס צוריקגעשטויסען. צי דען הייסט עס, אַז זיי זיינען פֿריהער פֿון אַלץ פֿראַנצויזען, און אַז דער פּרינציפּ פֿון אינטערנאַציאָנאַלער ברידערליכקייט איז ניט מעהר ווי אַ פּוסטער וואָרט ביי זיי?180דאָס, צוזאַמען מיט דעם דורכפֿאַל פֿון מיין אידישער רעזאָלוציע, האָט זיך אײַנגעגראַבען אין מיין זכרון ווי צווייי פֿלעקען אויף דעם הערליכען קאָנגרעס.

יעקב גאָרדין — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1892.
יעקב גאָרדין — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1892.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 179–180)

די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען האָבען נאַטירליך מורא געהאַט פֿאַר דעם שלעכטען אײַנדרוק וואָס דער באַריכט וואָלט געמאַכט אין פֿראַנקרייך. עס זיינען אָבער צווישען זיי געווען אַזעלכע, וואָס זייערע אייגענע געפֿיהלען, אַלס פֿראַנצויזען, זיינען אויך געווען נעגען דעם פֿאָרשלאַג.

ביי צעהן אָדער פֿופֿצעהן פֿון די ענגלישע דעלעגאַטען זיינען דאַן אַליין געפֿאָהרען קיין וואָטערלו, און איך בין מיט זיי מיטגעפֿאָהרען.

ווען מיר זיינען אהין אָנגעקומען, האָבען זיך צו אָטז נעוועדעט בעלגישע „גאַידם". ווי איך האָב שוין באַמערקט, קומען אהין אַ סך ענגלענדער, און אייניגע פֿון די אײַנוואוינער מאַכען אַ לעבען פֿון זיי. אַלס רעזולטאַט האָבען זיך די בעלגיער פֿון דעם געגענד אויסגעלערענט ריידען ענגליש.

איך און דריי פֿון די ענגלישע דעלעגאַטען האָבען אַלס „גאַיד" גענומען אַ הויכען מאַן מיט גרויסע שוואַרצע וואָנצעם. ער האָט גערעדט ענגליש זעהר פֿליסיג, אָבער מיר האָבען ניט געקענט פֿאַרשטעהן קיין וואָרט. זיין שטימע האָט געקלונגען ווי זי וואָלט געווען אָנגעשאָטען מיט זאַמד, און זיין אויסשפּראַך איז געווען אַזאַ מאָדנע, אַז ווען איך וואָלט ניט געוואוסט אַז ער רעדט ענגליש צו אונז, וואָלט איך געמיינט, אַז דאָס איז עפּעס אַן אנדער לשון.

שפּעטער אַביסעל האָט איהם אויסגעהאָלפֿען זיין טאָכטער. זי איז געבאָרען געוואָרען אין וואָטערלו און איז פֿון דאָרטען קיינמאָל ניט אַרויסגעפֿאָהרען, און דאָך האָט זי גערעדט ענגליש כמעט ווי אַ געבאָרענע ענגלענדערין. זי האָט זיך אימער געפֿונען צווישען די רייזענדע וואָס קומען פֿון ענגלאַנד זעהן דעם געגענד, וואו זייער לאַנד האָט געהאַט דעם גרויסען זיג איבער פֿראַנקרייך.181מיר האָבען געטרונקען מילך און געגעסען שוואַרץ ברויט אין אַ אַלטער הויז מיט צולעכערטע ווענט. מען האָט אונז געזאָגט, אַז אין דיזער הויז האָט גענעכטיגט נאַפּאָלעאָן. מען האָט אונז אָנגעוויזען אויף די לעכער אין די ווענט און ערקלערט, אַז דאָס איז פֿון די קוילען, וואָס זיינען געפֿלויגען פֿון די פֿיינדליכע אַרמעען.

איך בין ניט געווען זיכער, אַז אַלץ איז אמת. פֿילע זאַכען, וואָס די „גאַידם" האָבען דערצעהלט, זיינען יאָ געווען אמת; זיי האָבען זיי אָבער באַפּוצט מיט פֿאַנטאַזיע, כדי די געשיכטע זאָל אויסקומען אינטערעסאַנטער.

אַ זקן איז געשטאַנען מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט. ער האָט געטראָגען די קליידער פֿון אַ סאָלדאַט אין נאַפּאָלעאָן'ס אַרמעע. ער האָט אונז פֿאַרזיכערט, אַז ער איז איבער הונדערט יאָהר אַלט און אַז ער האָט אנטייל גענומען אין דעם באַריהמטען שלאַכט. אבסאָלוט אונמעגליך איז דאָס ניט געווען, וואָרים ער האָט אויסגעזעהן זעהר אַלט. דאָך האָב איך געצווייפֿעלט. מיינע ענגלישע בײַגלייטער אָבער האָבען איהם גלייך געגלויבט. עס האָט זיך זיי געוואָלט איהם גלויבען. זיי האָבען זיך געגלוסט צו קענען אין דער היים דערצעהלען, אַז זיי האָבען אין וואָטערלו געזעהן אַ מאַן, וואָס האָט אנטייל גענומען אין נאַפּאָלעאָן'ס שלאַכט.

איינער פֿון די ענגלענדער איז געווען אַ שעהנער יונג פֿון אַ יאָהר 22. ווען מיר האָבען זיך געהאַלטען ביים זעגענען מיט די „גאַידם" צו פֿאָהרען קיין פּאַריז, און פֿון דאָרטען קיין לאָנדאָן, האָט די בעלגישע מיידעל, וועלכע האָט גערעדט מיט אונז ענגליש, פֿאַרצויגען מיט איהם אַ געשפּרעך. מיר זיינען געשטאַנען פֿון ווייטען און געוואַרט. מיר האָבען געזעהן ווי ביי ביידען שיינען די פּנים'ער. „אַ, ער וועט שוין מיט אונז היינט ניט פֿאָהרען!" — האָט זיך אָפּגערופֿען איינער פֿון די ענגלענדער. און ער האָט געטראָפֿען. אָנשטאָט מיטצופֿאָהרען מיט אונז, האָט אונזער יונגער גענאָסע מיט אונז זיך געזעגענט. ער איז פֿאַרבליבען אין וואָטערלו אויף אַ פּאָר טעג.

7
די רייזע צוריק. — מיינע צוויי שכנים אויפֿ'ן שיף. — אַנדערע פּאַסאַזשירען. — צוריק אין אַמעריקאַ

182פֿון בריסעל בין איך געפֿאָהרען צוריק קיין פּאַריז אויף אַ פּאָר טעג. און פֿון דאָרטען צוריק קיין לאָנדאָן. דאָרטען בין איך געקומען צו אַ גרויסען מאַס-מיטינג, וועלכער איז פֿאַר מיר געווען צוגעגרייט — פֿון וואָקזאַל גלייך אויפֿ'ן מיטינג.

אין לאָנדאָן האָב איך געפֿונען אַ בריף פֿון מיינע עלטערען און מיין מוהמען, און אין איהם איז געווען אַ גרוס פֿון מיין ברודער.

די רייזע צוריק קיין אַמעריקאַ האָב איך שוין געמאַכט מיט'ן צווייטען קלאַס. איך האָב געהאַט אַ בעטעל אין אַ גרויסער קאַיוטע, וואו אַ חוץ מיר האָבען זיך געפֿונען צוויי אַנדערע פּאַסאַזשירען. איינער פֿון זיי איז געווען אַן אירישמאַן פֿון אַכציג יאָהר, אַ הויכער, קרעפּטיגער זקן מיט מילך-וויסע האָר. ער איז געפֿאָהרען צו אַ זוהן, מיט וועמען ער האָט זיך שוין ניט געזעהן 45 יאָהר. ער האָט גערעדט זעהר ווייניג, אָבער אָפֿט געשמייכעלט, מיט אַ גוטען, קלוגען שמייכעל. מיין צווייטער שכן איז געווען אַ יונגער ענגלענדער, וועלכער האָט געוואוינט אין ניו יאָרק און האָט זיך איצט אומגעקערט פֿון אַ באַזוך צו זיינע עלטערען. מיר זיינען אַלע דריי באַפֿריינדעט געוואָרען. דער ענגלענדער און איך האָבען דעם אַכציג-יאָהריגען מאַן באַדינט ווי אַ זיידען, און ער פֿלעגט אונז באַדאַנקען מיט זיין ליבליכען שמייכעל.

דעם יונגען מאַן האָב איך געפּרובט מאַכען פֿאַר אַ סאָציאַליסט; ער האָט זיך אָבער ניט אינטערעסירט. מיר איז דאָס אויסגעקומען זאָנדערבאַר. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז יעדער מענש, וואָס איז מיר סימפּאַטיש, דאַרף זיך אָנכאַפּען פֿאַר'ן סאָציאַליזם. איך האָב אָבער צו זיך געזאָגט: ניט אַלע מענשען183אינטערעסירען זיך מיט געזעלשאַפֿטליכע פֿראַגען. דיזער יונגער מאַן איז אַן עהרליכער גוטער מענש אין זיינע פּערזענליכע באַציהונגען צו אַנדערע מענשען; אָבער ווייטער ווי פּערזענליכע באַציהונגען געהט זיין מענשליכער אינטערעס ניט. און איך געדענק, ווי איך האָב זיך געטראַכט: דערפֿאַר זיינען מסתּמא פֿאַראַהאַן אַ סך מענשען, וועלכע קענען זיך אינטערעסירען מיט קהל און ניט מיט דעם איינצעלנעם; זיי קענען אַוועקגעבען זייער לעבען פֿאַר דער גאַנצער מענשהייט, און ווען איין מענש זאָל שטאַרבען פֿון הונגער, וועט דאָס אויף זיי אפֿשר ניט מאַכען קיין איינדרוק.

אויף דער זעלבער שיף זיינען געפֿאָהרען צוויי „טשעמפּיאָנס": אַ „פּיטער" און אַ „בייסיקל-ריידער". דער פּיטער איז געווען אַ „פּעדער-וועיט" — אַ לייכטער, אַ קליינער, אַ דאַרינקער. ער איז געווען גרינג ווי אַ פּעדער און שטייף און פֿלינק ווי אַ ספּרוזשינע. ער איז געווען דער טשעמפּיאָן פּעדערוועיט פֿון ענגלאַנד; איצטם איז ער געפֿאָהרען זיך פּיטען אין אַמעריקאַ. דער בייסיקל-ריידער איז געווען אַ הויכער, אַ לאַנגער, מיט רויטע האָר, מיט גרויסע זומער-שפּרינקעלעך אויפֿ'ן פּנים. די בייסיקלם מיט די קליינע רעדער האָבען נאָך דאַן ניט עקזיסטירט. אַ בייסיקל איז דאַן נאָך אַלץ באַשטאַנען פֿון איין גרויסע ראָד און אַ צווייטע אַ קליינינקע. פּראָפֿעסיאָנעלע בייסיקל-ריידערס פֿלעגען האָבען אָפֿטע רייסעס. דער, וואָס איז מיט אונז געפֿאָהרען, האָט געוואוּנען אַלע רייסעס אין ענגלאַנד, און איצט איז ער געפֿאָהרען אויף אַ רייס, וואָס איז אַראַנזשירט געוואָרען אין מעדיסאָן סקווער גאַרדען, ניו יאָרק.

איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט אין זיין פּראָפֿעסיע, און האָב איהם גענומען פֿאַנאַנדערפֿרעגען. אויף דיזען אַרט זיינען מיר באַקאַנט געוואָרען. מיר פֿלעגען זיך איינע די אַנדערע מכבד זיין מיט ביער ביים בּאַר. ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם פּיטער.

איך האָב ביידען געפּרובט מאַכען פֿאַר סאָציאַליסטען, און ווידער אָהן ערפֿאָלג. עס האָט זיי ניט אינטערעסירט.184מיט זיי זיינען מיטגעפֿאָהרען נאָך ספּאָרטס פֿון ענגלאַנד. יעדער טשעמפּיאָן האָט מיט זיך געפֿיהרט אַ סוויטע אַ גאַנצע, און איך בין באַקאַנט געוואָרען מיט דער גאַנצער גרופּע.

אין אָוונד פֿלעגען זיי זיך אויסזעצען אויפֿ'ן הולען „דעק", דערצעהלען זיך מעשׂות און זינגען. איך און מיין שכן, דער יונגער ענגלענדער, פֿלעגען אָפֿט זיצען מיט זיי. איך האָב ליב געהאַט זיך צוצוהערען צו זייערע מעשׂות. אונטער דעם איינפֿלוס פֿון דער נאַכט, פֿון דעם פּלוסק פֿון די כוואַליעם און פֿון דעם נערוויש פֿון דער שיף, פֿלעג איך זיך פֿיהלען ווי אין אַ חלום-וועלט. עד היום קלינגט מיר אַמאָל אין די אויערען אַ ליד, וואָס זיי פֿלעגען זינגען: „סעילינג מערילי האָום". זיי האָבען דאָס אויסגערעדט אויף דעם לאָנדאָנער שטייגער: „סאַילינג" אָנשטאָט „סעילינג". אונטער דער ווירקונג פֿון דעם ים און דער נאַכט האָב איך געפֿיהלט פּאָעזיע אין זייער זינגען.

דיזע רייזע צוריק פֿון ענגלאַנד קיין אַמעריקאַ געדענק איך מיט אַ ספּעציעלער דייטליכקייט, מיט פֿילע איינצעלהייטען. אַ חוץ די פּאַסאַזשירען, וואָס זיינען דאָ דערמאָנט געוואָרען, קען איך אין מיין זכרון איבערצעהלען נאָך פֿינף — דריי מענער און צוויי פֿרויען — וועמעס געזיכטער שטעהען ווי לעבעדיגע אין מיין געדאַנק.

מיט אַ פּאָר טעג פֿריהער ווי די שיף האָט געדאַרפֿט אָנקומען קיין ניו יאָרק, האָט דער עולם זיך גענומען וועטען וועגען דעם נומער פֿון דעם פּיילאָט-באָוט, וואָס וועט אַרויסקומען פֿון ניו יאָרק באַגעגענען אונזער שיף. איינער האָט געשריען „7", אַ צווייטער „12", אַ דריטער „22". די געלט האָט מען איינגעלעגט ביי דעם „פּורסער" פֿון שיף. עס איז געווען לעבעדיג. ענדליך האָט זיך באַוויזען אַ קליינע זעגעל-שיפּעלע. אויף איהר זעגעל איז געווען אויפֿגעשריבען אַ גרויסע ציפֿער. עס איז געווען אַן „8".

מיר זיינען צוגעקומען נאָהענט צום ברעג. מען האָט שוין געקענט זעהן ביימער און גראָז.185דער טאָג איז דאַן געווען זעהר אַ שעהנער, דער הימעל איז געווען העל-בלוי, און דער ים קלאָהר און שעהן (אין דעם האָב איך פֿאַרלויפֿיג אימער מזל — ווען איך קום צוריק פֿון יוראָפּ, איז דער וועטער שעהן). עס איז געווען אָנהויב הערבסט, די שעהנסטע צייט פֿון יאָהר אין ניו יאָרק. די האַרץ האָט געזונגען פֿון פֿרייד. די פּאַסאַזשירען האָבען זיך גענומען גרייטען, פּוצען. מען האָט אויסגעטאָן די רייזע-הימעלעך. מען איז אַרויסגעקומען אויפֿ'ן דעק אין העטס און פֿרישע קליידער.

אייראָפּאַ איז מיר זעהר געפֿעלען געווען; אָבער איצט, קומענדיג צוריק אין ניו יאָרק, האָב איך שטאַרק געפֿיהלט, אַז ניו יאָרק איז מיין היים.

ווען איך וואָלט געפֿאָהרען אַלס דעלעגאַט צו דעם זעלבען קאָנגרעס איידער די „אַרבייטער צייטונג" איז געגרינדעט געוואָרען, וואָלט מען וועגען דער רייזע גערעדט בלויז צווישען אַ קליינער צאָהל מענשען, אין דעם אינערליכען קרייז פֿון אונזער באַועגונג. איצט אָבער, דורך דער „אַרבייטער צייטונג", איז מיין רייזע געוואָרען אַ פּאַסירונג, מיט וועלכער עס האָבען זיך אינטערעסירט גרויסע מאַסען מענשען. מען האָט גע'שמועס'ט וועגען מיין פֿאָהרען; מען האָט געלעזען מיינע קאָרעספּאָנדענצען, מען האָט געלעזען די באַריכטען. אַלזאָ, ווען איך בין געקומען צוריק, בין איך געווען דער צענטער פֿון קהל'שען אינטערעסען. ווען איך האָב זיך באַוויזען אויף מיטינגען, האָט מען מיך באַגריסט מיט אַ ספּעציעלער פֿריינדליכקייט.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 150] פֿריהער איז ער געווען אַ גלח אין דעם קעניגליבען הויף. אין שפּעטערע יאָהרען איז ער איבערגעגאַנגען פֿון די סאָציאַליסטען צו די אַנאַרכיסטען און איז געוואָרען זייער פֿיהרער.

[ז׳ 151] ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איז ער שוין אַ גרויער מאַן. ער איז שוין לאַנג דער הויפּט-פֿיהרער פֿון דער בעלגישער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, און די לעצטע פּאָר יאָהר איז ער דער אויסלענדישער מיניסטער פֿון בעלגיען.

[ז׳ 155] ער איז שוין לאַנג אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי און דער רעדאַקטאָר פֿון די צוויי סאָציאַליסטישע וואָכען-בלעטער — אַן ענגלישער און אַ דייטשער — וואָס ערשיינען אין סט. לואיס.

[ז׳ 161] ביידע האָבען זיי געהערט צו רייכע פֿאַמיליען און ביידע האָבען זיי זייערע אייגענסען דירעקט אָדער אינדירעקט אָפּגעגעבען דער פּאַרטי. זינגער איז געווען אַ מיטגליד פֿון אַ גרוי'סער מאַנטעל-פֿירמא אין בערלין, און אדלער, וועלכער האָט געהאַט אַ גרויסע ירושה פֿון זײַנע פֿראָגער עלטערען, האָט אין זײַנע יונגע יאָהרען פּראַקטיצירט מעדיצין אין ווין. ביידע האָבען אָבער אויפֿגעגעבען זייערע פּריוואַטע באַשעפֿטיגונגען און זיך אינגאַנצען אָפּגעגעבען מיט דער באַוועגונג.

[ז׳ 164] אין דער „אַרבייטער צייטונג" האָב איך דעם איינהאַלט פֿון מיין בריסעלער רעדע איבער די אידען-פֿראַגע ניט געשיקט. ווי דער לעזער וועט באַלד זעהן, האָט די געשיכטע גענומען אַזאַ ריכטונג, אַז אונטער די דאַמאָלסדיגע אומשטענדען האָב איך ניט געהאַלטען פֿאַר ראַטזאַם צו פֿאַרעפֿענטליכען די איינצעלהייטען פֿון דער דעבאַטע.

[ז׳ 172] דער אַרטיקעל איז אַ טייל פֿון דער אָפּטיילונג „אינערליכער איבערבליק", און געהט אין דעם נאָמען פֿון דער רעדאַקציע, אָהן אַן אונטערשריפֿט.

[ז׳ 177] ער איז געקומען קיין אַמעריקא אַ קורצע צייט נאָכדעם ווי מיר האָבען געגרינדעט די „אַרבייטער צייטונג". ער איז געווען פֿון מינסק, וואו ער האָט געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע צווישען די ראַדיקאַלען. אין מינסק האָט ער געענדיגט די גימנאַזיע. שפּעטער האָט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט, ביז מען האָט איהם אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין סיביר. ווען ער איז געקומען צוריק, האָט ער אויסגעשטודירט אויף אַדוואָקאַט און האָט אָנגעהויבען צו פּראַקטיצירען אין זיין געבורטס-שטאָדט. ער איז באַלד געוואָרען איינער פֿון די וויכטיגסטע אַדוואָקאַטען אין מינסק. ער איז אָבער וויעדער פֿאַרמישט געוואָרען און איז געווען אין געפֿאַהר נאָך אַמאָל אַרעסטירט צו ווערען. דאַן איז ער אַנטלאָפֿען קיין שוועדען, וואו ער האָט זיך אויפֿגעהאַלטען אַ געוויסע צייט, און דאַן איז די געגאַסין זאַקס מיט איהם באַקאַנט געוואָרען. פֿון שוועדען איז ער אַוועק קיין אַמעריקא. אין ניו יאָרק האָבען איהם די אינטעליגענטע אימיגראַנטען פֿון מינסק אויפֿגענומען ווי אַ טײַערען גאַסט. זיי האָבען אונז דערצעהלט וועגען זיינע גרויסע פֿעהיגקייטען און די הויכע ראָלע וואָס ער האָט געשפּילט צווישען די פֿאָרטגעשריטענע מענשען אין זייער געבורטס-שטאָדט. ער האָט גלייך גענומען שפּילען אַ וויכטיגע ראָלע אין דער רוסיש-ריידענדער קאָלאָניע פֿון ניו יאָרק.