בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

זעקסטער קאַפּיטל

בײַם שרײַב-טיש און אױף דער פּלאַטפֿאָרמע

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 186–230, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 186 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
יעקב גאָרדין קומט קײן אַמעריקאַ. — זײן ערשטע פּיעסע און מײן ערשטע טעאַטער-קריטיק.

186אין דער צײַט, ווען איך בין געווען אין אײראָפּאַ, איז אין ניו יאָרק געקומען יעקב גאָרדין. אין דעם זעלבען נומער, אין וועלכען עס איז געווען געדרוקט מײן ערשטע קאָרעספּאָנדענץ פֿון בריסעל, איז געווען געדרוקט אַ פֿעליעטאָן מיט'ן נאָמען „די אָבלאָווע", פֿון זײן פֿעדער. דאָס איז געווען דעם פֿערטען סעפּטעמבער, 1891. איך האָב דעם אַרטיקעל געזעהן אין לאָנדאָן, פֿאַר מײן אָפּפֿאָהרען אהײם.

ווער דער יעקב גאָרדין איז, האָב איך קײן באַגריף ניט געהאַט. איך האָב זיך דערמאָנט אָן אַ יעקב גאָרדין, מיט וועלכען עס האָט זיך אַ געוויסע צײַט גערודערט אין דער רוסיש-אידישער פּרעסע אײדער איך בין אַוועקגעפֿאָהרען פֿון רוסלאַנד. נאָך דעם פּאָגראָם האָט ער אין יעליסאַוועטגראָד געגרינדעט אַ „ביבלישע ברודערשאַפֿט", אַן אָרגאַניזאַציע פֿון אידען, וואָס אָנערקענען ניט דעם תּלמוד, און האַלטען זיך בלױז בײ דער ביבעל. דער „רוסקי יעוורעי", „ראַזסוויעט" און „וואָסכאָד" האָבען די באַוועגונג קריטיקירט. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט יענער גאָרדין געהאַט אַ גרױסע הײסע אָנהענגער. זײיענדיג אין וועליזש (אָדער אפֿשר איז דאָס געווען אין די דרײַ וואָכען, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין בראָד), האָב איך אין „רוסקי יעוורעי" געלעזען187אַן אַרטיקעל וועגען איהם. קריטיקירענדיג די „ביבלישע ברודערשאַפֿט", האָט דער שרײַבער אױסגעדריקט דעם געדאַנק, אַז אידען מוזען זיך האַלטען אין אײנעם; אַז איצט, ווען מען פֿאַרפֿאָלגט זײי און מען פֿאַרגיסט זײיער בלוט, טאָר מען זיך אודאי ניט אָפּזונדערען פֿון דעם אידישען פֿאָלק, ווי די קאַראַאימעס זײינען אָפּגעזונדערט. אין ניו יאָרק, אַ קורצע צײַט נאָך דעם ווי איך האָב אימיגרירט, אין 1882, האָב איך בײיגעוואױנט אַ דיסקוסיע וועגען דעם ענין צווישען אַ גאָרדיניסט און אַן אַנדער אימיגראַנט. דער גאָרדיניסט האָט גע'טענה'ט, אַז דער תּלמוד האַלט די אידען אין דער פֿינסטערניש פֿון מיטעל-אַלטער און אַז דער ציל פֿון דער „ביבלישער ברודערשאַפֿט" איז געווען זײי צו ברענגען נעהענטער צו דער מאָדערנער ציוויליזאַציע. דעם גאָרדיניסט געדענק איך, ווײל ער האָט גערעדט מיט פֿײער און מיט אַ זאָנדערבאַרער אױסשפּראַך. וועגען דעם אַנטי-גאָרדיניסט, ווידער, און זײן רעדע איז אין מײן זכרון קײן אָפּדרוק ניט געבליבען.

דאָס איז אַלץ וואָס איך האָב געוואוסט וועגען יענעם יעקב גאָרדין'ען. אַז ער איז אַ שרײַבער, האָב איך ניט געהערט.

ווען איך בין געקומען פֿון ענגלאַנד צוריק אין ניו יאָרק, האָט זיך אַרױסגעצײיגט אַז דאָס איז דער זעלבער יעקב גאָרדין פֿון יעליסאַוועטגראַד. מיר זײינען באַקאַנט געוואָרען. ער איז געווען אַ היבשע ביסעל עלטער פֿאַר מיר — אַן אָסאַבנער מענש, אַ הױכער, מיט אַ גרױסער שוואַרצער באָרד, מיט אַ שטאָלצען גאַנג.

אין יעליסאַוועטגראַד איז ער געווען אַ פּריוואַטער לעהרער. צו דער זעלבער צײַט פֿלעגט ער שרײַבען פֿעליעטאָנען אין דער אָדעסער צייטונג „אָדעסקי ליסטאָק" און אױך אין דער פּעטערסבורגער וואָכען-בלאַט „נעדיעליאַ". אונטער די פֿעליעטאָנען אין „אָדעסקי ליסטאָק" פֿלעגט ער זיך אונטערשרײַבען „איוואָן קאַליוטשי" (איוואָן דער שטעכיגער).

ער האָט אָנגעפֿאַנגען צו שרײַבען אין דער „אַרבייטער צייטונג", אָבער די „אַרבייטער צייטונג" האָט קױם געקענט צאָהלען. און גאָרדין האָט געהאַט אַ פֿאַמיליע. האָט איהם פֿיליפּ קראַנץ געגעבען אַ פּלאַן, אַז ער זאָל אױפֿשרײַבען אַ פּיעסע פֿאַר דער188אידישער ביהנע. יעקב גאָרדין האָט דעם פּלאַן אָנגענומען און דער רעזולטאַט איז געווען אַ דראַמאַ, וועלכע ער האָט אַ נאָמען געגעבען „סיביר".

דער אינהאַלט איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: אַ איד איז געווען פֿאַרשיקט אין סיביר פֿאַר אַ פֿאַרברעכען, און איז פֿון דאָרטען אַנטלאָפֿען. אונטער אַ פֿאַלשען נאָמען וואַױנט ער איצט אין אַ אידישער שטאָדם. ער האָט אַ גוטען געשעפֿט און ער פֿיהרט אַ פֿײנעם שטאַט, מיט אַ שעהנער באַלעבאַטישער הױז, מיט שעהנע פֿרײינד, מיט לעהרער פֿאַר די קינדער. ער איז איצט אַן עהרליבער מאַן און ער לעבט אַן עהרליכען סימפּאַטישען לעבען. אַן אַנדער אידעל, אַ קאָנקורענט זײינער, דערוויסט זיך פֿון זײין סעקרעם און ער מסר'ט איהם. מען קומט איהם אַדעסטירען. דער אונגליקליכער זעגענט זיך מיט זײין פֿאַמיליע און מיט זײינע פֿרײינד. מען פֿיהרט איהם צוריק קײן סיביר.

די פּיעסע האָט אָפּגעקױפֿט דזשייקאָב פּ. אדלער און ער האָט איהר אױפֿגעפֿיהרט.

אדלער איז מיט אַ געוויסער צײַט פֿריהער געקומען קײן ניו יאָרק פֿון שיקאַגאָ. אין ניו יאָרק האָט ער דאַן, צוזאַמען מיט מאָגולעסקאָ'ן און מיט אַנדערע שױשפּילער, אָפּגעדרונגען „פּול'ס טעאַטער", וועלכער איז געשטאַנען אױף פֿערטער עוועניו, קאָרנער אַכטער סטריט (וואו מען האָט שפּעטער אױפֿגעבױט די ריזיגע צוויטע געבײַדע פֿון וואַנאַמייקער'ם סטאָר).

מיט דיזער פּיעסע האָט זיך אָנגעהױבען אַ נײַער קאַפּיטעל אין דער געשיכטע פֿון דער אידישער ביהנע.

אין דעם פֿריהערדיגען באַנד האָבען מיר געזעהן אױף וואָס פֿאַר אַ נידעריגען שטאַפּעל דער אידישער טעאַטער איז געשטאַנען אין יענער צײַט. די „פּראָפֿעסאָר-הורוויץ-צײַט" איז דאָס געווען, די הערשאַפֿט פֿון עקעלהאַפֿטער פֿאַיאַצערײי אונטער דעם טיטול „היסטאָרישע אָפּעראַ". דעם זעלבען סאָרט פּיעסען, הגם מיט ווייניגער שאַרלאַטאַנסטווא, פֿלעגט אױך שרײַבען יאָזעף לאַיטינער.

הורוויץ האָט געקענט דײַטש, און ער איז זאָגאַר געווען באַלעזען אין דער דײַטשער ליטעראַטור. זײין געשמאַק האָט זיך189אָבער געצױגען צו די בּיליגסטע און ווילדסטע שונד-סצענעם. ליטינער האָט אױך געקענט דײַטש. ער איז געווען אַ שטילערער מענש ווי הורוויץ. זײינע ליטעראַרישע געשמאַקען זײינען אָבער געשטאַנען אױף דער זעלבער מדרגה.

יעקב גאָרדין האָט געהערט צו אַ גאַנץ אַנדער טיפּ. ער איז געווען אַ אינטעליגענטער רוסישער איד און, ווי איך האָב שױן ערקלעהרט אין דעם צוויטען באַנד, האָט די ליטעראַטור אין רוסלאַנד געשפּילט אַ פֿיל וויכטיגערע ראָלע און מען האָט איהר דאָרט גענומען פֿיל ערנסטער, ווי אין אַנדערע לענדער. אין ענגלאַנד, אין אַמעריקא און זאָגאַר אין פֿראַנקרײַך און אין דײַטשלאַנד, האָבען געבילדעטע מענשען זיך געקענט קוויקען מיט בּיליגע מעלאָדראַמאַ. אין רוסלאַנד איז דאָס כמעט אונמעגליך געווען.

אַ חוץ דעם: אין רוסלאַנד איז די ליטעראַטור געווען פֿאַרבונדען מיט די פֿאָרטגעשריטענע באַוועגונגען, מיט דעם קאַמף פֿאַר פּראָגרעס אין דעם נאָבעלסטען זין פֿון דעם וואָרט. אין אַנדערע לענדער האָט מען געהאַט מעהר אָדער ווייניגער רעדע-פֿרײיהײט און דינען אַ נאָבעלער באַוועגונג האָט מען געקענט פֿרײי דורך דעם, וואָס מען האָט פֿאַר איהר געשריבען, אָדער אַגיטירט פֿון דעם פּלאַטפֿאָרם, אָדער אין פּאַרלאַמענט. אין רוסלאַנד איז ניט געווען קײן סימן פֿון פֿרײיער פּרעסע און פֿון אַ פֿרײיער פּלאַטפֿאָרמע. דעריבער האָבען די בעסטע שטרעבונגען פֿון דער אינטעליגענץ געזוכט צו געפֿינען אױסדרוק אין בעלעטריסטיק וואו, אין דער פֿאָרמע פֿון אַ ראָמאַן, האָט מען געמאָלען דעם אמת'ן לעבען.

גאָרדין איז אין אַמעריקא געקומען מיט דיזען גײסט. דאָס האָט זיך געפֿיהלט אין זײין שרײַבען. אַגב האָט ער געהאַט אַ סך מעהר טאַלאַנט ווי הורוויץ אָדער ליטינער. גאָר ניט צו פֿאַרגלײַכען.

ווען מען וואָלט זײין „סיביר" געשטעלט הײַנט, וואָלט די פּיעסע אײנשטימיג ערקלעהרט געוואָרען פֿאַר אַ מעלאָדראַמאַ און פֿאַר אַ גאַנץ שוואַכע זאַך, הגם דראַמאַטיש איז זי זעהר. דאַן אָבער איז אַזאַ פּיעסע אױף דער אידישער ביהנע געווען אַ190נײיעם. ווי שוואַך זי איז, שטעהט זי אַלץ ניט אין ערך העכער פֿאַר די „היסטאָרישע אָפּעראָס" פֿון יענע יאָהרען.

נאָך דער ערשטער פֿאָרשטעלונג פֿון „סיביר", האָב איך אין דער „אַרבייטער צייטונג" געשריבען אַ קריטיק וועגען איהר און אַן איבערבליק פֿון דעם אידישען טעאַטער אין אַלגעמיין. די דראַמא איז געווען גאָרדין'ם ערשטע פּיעסע, און די קריטיק אין דער „אַרבייטער צייטונג" איז געווען מײן ערשטע טעאַטערקריטיק.

איך האָב „סיביר" פֿאַרגליכען צו ניט קײן פֿרומען אידען, וועלכער געפֿינט זיך צווישען גױם. בײי אידען וואָלט מען איהם ניט געהאַלטען פֿאַר קײן אידען. צווישען קריסטען אָבער איז ער אַ איד. ווען מען זאָל „סיביר" מעסטען מיט דער זעלבער מאָס ווי די וויכטיגע ווערק פֿון דער וועלט-ביהנע, וואָלט זי ניט געהאַט קײן באַדײַטונג; ווען מען פֿאַרגלײכט איהר אָבער מיט די פּיעסען פֿון דער אידישער ביהנע, איז זי ליטעראַטור און מען דאַרף איהר באַגריסען.

דער אַרטיקעל איז אָפּגעדרוקט אין נומער 42 און נומער 43 פֿון דעם צוויטען יאָהרגאַנג „אַרבייטער צייטונג". ווען איך האָב איהם איצט איבערגעלעזען, גרײיטענדיג זיך צו דיזע „בלעטער", בין איך מיט איהם צופֿרידען געווען. ווען ער איז געשריבען געוואָרען, בין איך געווען מיט פֿינף-און-דרײַסיג יאָהר אינגער, מיט פֿינף-און-דרײַסיג יאָהר ווייניגער ענטוויקעלט. הײַנט וואָלט איך וועגען דער פּיעסע געהאַט מעהר וואָס צו זאָגען. און דאָס וואָס איך האָב געזאָגט אין יענעם אַרטיקעל, וואָלט איך אפֿשר אױסגעדריקט אױף אַן אַנדער שטײגער. אין סך הכּל אָבער קען איך זיך אונטער איהם הײַנט אױך אונטערשרײַבען. און דאָס וואָס איך זאָג דאָרטען וועגען דראַמען און וועגען שפּילען אין אַלגעמיין, שטימט אױך מיט מײנע הײַנטיגע איבערצײַגונגען.

דער עיקר נעהט אײגענטליך ניט נאָר אױף דראַמאַטישע ווערק, נאָר אױף ליטעראַטור בכלל.

דער גאַנצער אַרטיקעל פֿאַרנעהמט זעקס קאָלומס, און איך191גלױב אַז ער איז אינהאַלטסרײַך און מערקווירדיג קלאָהר. איך וועל פֿון איהם ברענגען אײיניגע שורות, צו ווײיזען די ריכטונג, אין וועלכער מײן געדאַנק איז דאַן געגאַנגען אין בעצוג צו דער ביהנע און קונסט בכלל.

איך שרײַב דאָרטען:

„מענשען זאָגען צו מיר: „איהר ווילט, אַז דער אַקטיאָר זאָל שפּילען פּונקט ווי אין לעבען? טאָ צו וואָס דאַרפֿען מיר איהם? דעם לעבען האָבען מיר דאָך בײי זיך אין הױז אָדער אױפֿ'ן גאַס." איך ענטפֿער זײי: „פֿאַרוואָס פֿאָדערט איהר פֿון אַ געמאָלענעם בילד, אַז ער זאָל זײין טדײי צו דער נאַטור? די נאַטור האָט איהר דאָך אױך אַרום זיך. פֿאַרוואָס-זשע איז דאָס, אַז וואָס לעבעדיגער אַ בילד איז, אַלץ טײיערער צאָהלט איהר פֿאַר איהם?"

אַן אַנדער שטעלע אין דעם זעלבען אַרטיקעל ענטהאַלט דאָס פֿאָלגענדע:

„אָך און וועה איז צום קאָמיקער, וועלכער מוז אָנקומען צו אַ וויץ, אַז דער וויץ זאָל פֿאַר איהם פֿרעהליך מאַכען דעם עולם. באַדויערען דאַרף מען דעם דראַמאַטיסט, וועלכער מוז אױסמאַטערען די נערווען פֿון זײינע צוהערער אום צו געווינען מיטלײד צו דעם טיף, וועלכען ער שטעלט פֿאָר. מיט אַ וויץ אַרױסצוברענגען געלעכטער, אָדער מיט אַ משונה'דיגע אווײיע אַרױסצורופֿען אַן אױסדרוק פֿון שױדער אָדער כעס — דערצו דאַרף מען ניט קײן מאָגולעסקאָ און קײן אדלער."

איך באַווײיז, אַז דער אײינדרוק דאַרף געמאַכט ווערען דורך דער לאַגע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט און דורך'ן שפּילען. אױב ניט, איז דאָס ניט קײן טאַלאַנטפֿולע דראַמא און קײן טאַלאַנטפֿולע שױשפּילערײי.

מאַכענדיג אַ פֿאַרגלײיך צווישען גאָרדין'ען און דראַמאַטורגען פֿון דעם הורוויץ-טיפּ, זאָג איך, אַז גאָרדין'ם פֿעהלערען זײינען „פּגימות אױף אַ שטאָלענעם שווערד", וועהרענד אױף די פּיעסען פֿון די אַנדערע אידישע שרײַבער „קען מען ניט זוכען קײן פֿעהלערען ווי מען קען ניט זוכען קײן פּגימות אױף אַ הילצערנער שפּיל-שווערדעל." איך זאָג, אַז גאָרדין האָט געגעבען אדלער'ן192און מאָדאַם דיינע אַ געלעגענהײט צו שפּילען. ער האָט זײי געגעבען ראָלען.

„צום ערשטען מאָל זינט מיר זעהען הערר אדלער'ן און מאָדאַם דיינע אױף דער ביהנע, האָבען זיך בײי אונז אַרױסגעריסען באַגײיסטערטע אױסרופֿען, אַז אדלער איז אַ זעלטענער קינסטלער." און וועגען מאָדאַם דיינע באַמערק איך: „איך האָב גאָר פֿריהער ניט געוואואוסט, וואָס פֿאַר אַ טאַלאַנט זי האָט."

ווייטער ווערט געזאָגט:

„און דאָך האָט אדלער גערעדט מאַמע-לשון אָהן אַ בּרעקעל דײַטש, און מיסעס דיינע האָט ניט געמאַכט די גוואַלדען, וועלכע מען הערט פֿון איהר אין אַנדערע פּיעסען. און דאָס פּובליקום, וועגען וועלכען מען וויל אונז אײינריידען, אַז ער פֿאָדערט קנאַקערײי און בראַזגערײי אױף דער סצענע, האָט געוויישט די טרעהרען און פֿרעהליך געלאַכט, און דורכגעזעהען די פּיעסע מיט אינטערעס, הגם קײן „בלוט און דונער" בּיזנעס איז ניט געווען. זאָל מען נאָר געבען דעם אמת'ן לעבען, זאָל מען נאָר ריידען די שפּראַך פֿון לעבעדיגע מענשען, זאָל מען נאָר פֿאָרשטעלען אמת'ע צרות, וועט די פֿאָרגעשטעלטע לאַגע אַלײין אָנריהרען די אײידעלסטע סטרונעם פֿון דעם איד'ם נשמה. דער אונגעבילדעטער איד וועט פֿאַרשטעהן. עס וועט ריידען צו זײין האַרץ מיט מעכטיגערע ווערטער ווי די גוואַלדינסטע פֿאַלשע סצענעם מיט די גוואַלדינסטע 'טײיטש'".

אַלם אַ קלענערען בײישפּיל ברענג איך פֿיינמאַן'ען אין דער ניט-וויכטיגער ראָלע פֿון אַ הױז-לעהרער: „ער האָט ווייניג צו ריידען, דאָך האָט ער געשפּילט בעסער ווי אין אַלע פּיעסען, וואו ער האָט הױפּט-ראָלען. און מאָגולעסקאָ (אױך אין אַ קלײנער ראָלע) האָט כמעט אָהן וויץ, אָהן שפּיצלעך, אַרױסגעוויזען אַזאַ געמליכען טאַלאַנט, אַז יעדעם מאָל וואָס ער האָט געדאַרפֿט אַוועקגעהן פֿון דער ביהנע, האָט זיך געוואָלט איהם פֿאַרהאַלטען."

איך ווײיז אָן אױף די פֿעהלערען אין דער פּיעסע און איך ווײיז אָן אױף די פֿעהלערען אין דעם שפּילען. וועגען אדלער'ן, צום בײישפּיל, זאָג איך: „אין אײיניגע ערטער כאַפּען זיך אַרײין193די אַלטע פּגימות, און ער הױבט אָן צו ריידען מיט דעם טאָן פֿון „אָטהעלאָ", אַזױ ווי אױף נאָטען."

דער אַרטיקעל רעדט וועגען דעם ווי דער קינסטלער נאַרט אָפּ די אײינבילדונגס-קראַפֿט פֿון דעם לעזער אָדער צוזעהער. ער איז אין אײינקלאַנג מיט מײן ענגלישען אַרטיקעל „רעאַליזם", וועלכער איז געווען געדרוקט אין דעם „וואָירקסמען'ם עדוואָקעיט" מיט אַ פּאָר יאָהר פֿריהער.

קינסטלערישע אמת'דיגקייט איז אַ קוואַל פֿון תּענוג. ווען איהר דערקענט די זאַך אױף דעם מאָהלער'ס פּאָרטרעט, אָדער אין דעם שרײַבער'ם ערצעהלונג, ווען דער בילד שטימט מיט דעם וואָס איהר ווייסט וועגען איהם, פֿאַרשאַפֿט דאָס אײיך אַן עסטעטישען פֿערגעניגען. דאָס איז דער גרונד-געדאַנק, און אין בעצוג צו דיזען געדאַנק האָט זיך מײן איבערצײיגונג אין די עטליכע און דרײַסיג יאָהר ניט געענדערט. דער תּענוג פֿון דערקענען איז דער עיקר פֿון דעם תּענוג, וועלכען מיר באַקומען פֿון אַ קונסט-ווערק — דאָס איז מײן מײנונג הײַנט אױך. דאָס הײיסט אָבער, אַז דער אױפֿגעמאָלטער מענש אָדער בױם מוז אין זיך האָבען לעבען. אױב ניט, ענטהאַלט דער בילד ניט דעם אמת, און דאַן קען ניט זײין דער פֿערגעניגען פֿון דערקענען. אפֿילו אין אַ פֿאַנטאַסטישער פֿאַנטאַזיע שפּילט דיזער עיקר אױך אַ וויכטיגע ראָלע. דער ענין איז אַ סך דעליקאַטער ווי מען קען מײנען. מען וואָלט פֿריהער פֿון אַלץ מוזען באַשטימען וואָס — אין אַ קינסטלערישען זין — הײיסט לעבען, און ניט דאָ איז דער פּלאַץ זיך צו פֿאַרנעהמען מיט דעם.

דער אידישער טעאַטער איז דאַן געווען ווייט ניט אַזױ „גוט אָפּ" ווי ער איז געוואָרען אין שפּעטערע צײַטען. די אידישע באַפֿעלקערונג איז נאָך געווען פֿאַרהעלטניסמעסיג קלײין, און בײי אַ גרױסען טײיל פֿון אונזער עולם איז טעאַטער געווען אַ לוקסוס. אונזער אַרבייטער האָט געלעבט אָרימער ווי הײַנט. און אין דער צײַט, ווען גאָרדין איז געקומען, זײינען מאַסען מענשען אַרומגעגאַנגען אָהן אַרבייט; די, וואָס האָבען יאָ געהאַט באַשעפֿטיגונג,194האָבן אין פֿאַרגלייך מיט זייער לעבן אין דער אַלטער היים דאָ געלעבט באַלעבאַטיש. אָבער אַ סך צו ספּענדען אויף טעאַטער איז דער אַרבייטער נאָך ניט גענוג געוואָרן אימשטאַנד.

„סיביר" האָט געהאַט אַ קינסטלערישען ערפֿאָלג, אָבער ניט קיין פֿינאַנציעלען. און גאָרדין האָט פֿון דער פּיעסע גאַנץ ווייניג באַקומען. זיין נאָמען איז אָבער גלייך פֿעסטגעשטעלט געוואָרן. און זיין פּערזענליכקייט האָט זיך גענומען שטאַרק פֿיהלען. די אַנדערע דראַמען-שרייבער זיינען געווען אַ טייל פֿון דער שוישפּילער-וועלט. ער איז געשטאַנען גאַנץ באַזונדער, און מיט זיין שטאָלצער, רעספּעקט-פֿאָדערענדער נאַטור, האָט ער די אַקטיאָרען געהאַלטען פֿון ווייטען, און זאָגאַר אין פֿורכט.

2
ווי איך פֿלעג שרייבען. — געשריבענע אידיש און די אידישע ליטעראַטור פֿון יענע צייטען. — „געהן אין פּאָלק"-שפּראַך.

אין דעם ווינטער פֿון 1924 האָב איך פֿילע אָוועגדען פֿאַרבראַכט אין דער אידישער אָפּטיילונג פֿון דער ניו יאָרקער ליברערי, לעזענדיג די ערשטע עטליכע יאָהרגאַנגען „אַרבייטער צייטונג". די פּאַפּיר איז שוין געל און צאַפּטלאָז, און זי ברעכט זיך ווי שפּענדלעך. די בלעטער ברעקלען זיך צווישען די פֿינגער. יעדעס מאָל, ווען איך פֿלעג זיך אויפֿהויבען פֿון מיין אַרבייט, פֿלעג איך זיין באַשאָטען ווי מיט שניי. נאָך אַ פּאָר יאָהר און פֿון די „אַרבייטער צייטונגס" וועט קיין שפּור ניט בלייבען.

צו דער זעלבער צייט קענט איהר היינט לעזען אַ צייטונג וואָס איז געדרוקט געווען אין וואַשינגטאָן'ס צייטען, און כּמעט ניט באַמערקען אַז זי איז אַלט. די פּאַפּיר איז גאַנץ און בויגזאַם און שטאַרק און דער דרוק איז קלאָהר. זינט מען האָט גענומען מאַכען פּאַפּיר פֿון האָלץ, האָט זי ווייניג ממשות. די אַלע צייטונגען וואָס זיינען היינט געדרוקט זיינען פֿאַראָרטיילט אויף פֿאַרניכטונג, סיידען מען ברויכט אַ ספּעציעלען (און קאָסטבאַרען) מיטעל צו פֿאַרזיכערען די עקזיסטענץ פֿון איינעם אָדער צוויי עקזעמפּלאַרען פֿון יעדען נומער.195עטליכע און דרייסיג יאָהר איז ענטוועדער אַ קלייניגקייט אָדער אַן אייביגקייט. עס וועגדט זיך מיט וואָס פֿאַר אַן אויג איהר קוקט אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט. עס וועגדט זיך אויך אָן דער שטימונג, אין וועלכער איהר געפֿינט זיך. יעדענפֿאַלס, האָב איך, לעזענדיג די אַרטיקלען, וואָס איך האָב געשריבען אין 1890, 1891 און 1892, געפֿיהלט אזוי ווי דער, וואָס האָט זיי געשריבען, וואָלט געווען אַ גאַנץ אַנדער מענש. ער איז מיר גוט באַקאַנט, אָבער ער איז אַן אַנדערער.

פֿילעס פֿון מיין דאָמאַלסדיגען שרייבען קומט מיר איצט אויס זאָנדערבאַר אָדער קאָמיש. פֿון אייניגע שטעלען איז מיר זאָגאַר אונאַנגענעם. אָבער פֿילע פֿון די אַרטיקלען שטעלען מיר צופֿרידען; און אייניגע — פֿאָלשטענדיג צופֿרידען.

אין די „סדרות" געפֿין איך אַ סך וואָס איז ניט-געהאָבעגעלט, רוי, ביליג, נאַאיוו. אָבער פֿילע פֿון די „סדרות" ענטהאַלטען אינטערעסאַנטע איינפֿאַלען. דאָ און דאָרטען, אַן אָריגינעלען געדאַנק, אַ שעהנעם געפֿיהל, אַ שטיקעל פּאָעזיע. רעדאַקטירען וואָלט מען זיי היינט געמוזט דורכאויס.

אין מיינע ערנסטע אַרטיקלען איז דער טאָן אַ בעסערער, און די שפּראַך איז כּמעט אין גאַנצען פֿריי פֿון אונווירדיגע אויסדרוקען. פֿאַראָן אַ היבשע צאָהל אַגיטאַציאָנס-אַרטיקלען מיינע, וואָס זיינען געשריבען אין אַ הויכער סאָציאַליסטישער שטימונג. אין זיי איז די שפּראַך אין פֿילע פֿלעצער שעהן, פֿול מיט קאָליר און סמנים פֿון איינבילדונגס-קראַפֿט, און דער גאַנצער פֿאַרנעהם פֿון דער שפּראַך איז פֿון אַ העכערען און שעהנערען סאָרט. פֿילע פֿון די אַרטיקלען אָדער פֿעליעטאָנען וואָלט איך, מיט קליינע ענדערונגען, געקענט איבערדרוקען היינט. אין די זעלבע נומערען, וואוו עס געפֿינען זיך מיינע אַרטיקלען מיט ביליגע שפּאַסען, געפֿינען זיך אויך מיינע אַרטיקלען מיט שטעלען פֿול מיט ווירדע, מיט קראַפֿט, אָפֿט מיט שעהנקייט. זיי האָבען אין יענער צייט געהאַט ערפֿאָלג ניט נאָר ביי די מאַסען, נאָר אויך ביי אונזער אינטעליגענץ, און זיי זיינען מיר היינט אויך אנגענעהם צו לעזען.

אַ חוץ דעם: אויף ענגליש האָב איך צו דער זעלבער צייט אין דער „ניו יאָרק סאָן" אָדער אין דעם „וואָירקמענ'ס עדוואָ196קייט" געשריבען אויף אַ גאַנץ אַנדער שטייגער ווי איך האָב געשריבען מאַנכע טיילען פֿון די „סדרות". דאָרטען, אויף ענגליש, איז די שפּראַך ביי מיר געווען אַ פּאָלירטע — דער ענגליש פֿון געבילדעטע מענשען.

אין די אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען וואָס איך האָב געדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿאַר יענע צוויי יאָהר, זיינען, אלזאָ, פֿאַראָן צוויי גאַנץ פֿאַרשידענע סאָרטען. צווישען זיי איז אַ תּהום.

אום צו פֿאַרשטעהן ווי מיר האָבען געשריבען און פֿאַרוואָס מיר האָבען אזוי געשריבען, דאַרף מען פֿריהער פֿון אַלץ האָבען אין זינען דעם אַלגעמיינעם צושטאַנד פֿון דעם געדרוקטען אידישען וואָרט אין יענער צייט.

די ליטעראַרישע פֿאָרמען פֿון אונזער לשון זיינען דאַן געווען ווייניג ענטוויקעלט. די אידישע ליטעראַטור האָט נאָך דאַן אין דער ווירקליכקייט ניט עקזיסטירט.

מענדעלע מוכר ספֿרים האָט שוין פֿאַרעפֿענטליכט מייסטע פֿון די ווערק, מיט וועלכע ער איז באַריהמט געוואָרען, און שלום-עליכם האָט שוין געדרוקט עטליכע ראָמאַנען. געוועהנליך פֿאַנגט מען אָן די געשיכטע פֿון דער אידישער ליטעראַטור פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים. מיין מיינונג איז אן אַנדערע. איך גלויב, אז מענדעלע'ס ווערק געהערען צו דער פּרע-היסטאָרישער (פֿאַרהיסטאָרישער) צייט, און דאָס געהט אויך די ראָמאַנען וואָס שלום עליכם האָט געשריבען אין יענע יאָהרען. די אידישע ליטעראַטור האָט, לויט מיין איבערצייגונג, זיך אָנגעפֿאַנגען ערשט שפּעטער. דער אמת'ער אָנהויב איז געמאַכט געוואָרען פֿון פּרץ'ן, פֿון שלום עליכם'ען אַלס שרייבער פֿון הומאָריסטישע זאַכען, און פֿון דער יונגער גרופּע וועלכע פּרץ האָט רעקאָמענדירט דער וועלט: שלום אש, רייזען, נאָמבערג. איך האָב שוין ביי מעהרערע געלעגענהייטען אויסגעדריקט די מיינונג, אז מענדעלע'ס באַדייטונג פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער אידישער ליטעראַטור באַשטעהט נאָר אין דעם, וואָס ער איז געווען פֿילייכט דער ערשטער, וואָס האָט גענומען שלייפֿען די שפּראַך און איהר צופּאַסען צו ליטעראַרישע מאַניערען. וואָס אַנבאַטרעפֿט אָבער דעם אמת'ען ווערט פֿון זיינע זאַכען, גלויב איך, אז פֿון אַ197ריכטיגער אָפּשאַצונג האָט מען זיך צוריקגעהאַלטען אויס רעספּעקט און דאַנקבאַרקייט צו איהם און אויך אויס נאַציאָנאַליסטישען געפֿיהל. איך גלויב, אז זיין „מסעות בנימין השלישי" און אפֿילו „פֿישקע דער קרומער" וואָלטען היינט גערוען אונטער דער ווירדע פֿון אירגענד וועלכען מעהר-אָדער-ווייניגער אנערקענטען שריפֿטשטעלער.

וואָס אָנבאַטרעפֿט שלום עליכם'ען, האָט ער אַ ווירקליכען טאַלאַנט גענומען ארויסצייגען ערשט אין די קירצערע ערצעהלונגען, און ניט אין אַזעלכע ראָמאַנען ווי זיין „יאָסעלע סאָלאָוויי" און „סטעמפּעניו", וועלכע ער האָט געשריבען פֿריהער.

מענדעלע האָט אלזאָ דער ערשטער אָנגעהויבען צו קולטיווירען די אידישע שפּראַך אַלס אַ ליטעראַטור-שפּראַך. אָבער טאַקע נאָר אָנגעהויבען. אידיש האָט מען דאַן געשריבען אין אַ גאַנץ רויהער פֿאָרמע, און דאָס געהט אפֿילו אויף מענדעלע'ס שפּראַך אויך. איהם קומט אַ סך קרעדיט פֿאַר זיינע אויפֿטואונגען אין באַאַרבייטען דעם אידישען לשון, אין אויספֿאָלירען איהם און מאַכען איהם פֿעהיג צו זיין אן אינסטרומענט פֿאַר ליטעראַטור. אייניגע נאַטור-באַשרייבונגען זיינען ביי איהם שעהן, אָבער היינט זיינען אזעלכע באַשרייבונגען פֿיל שעהנער, מיט אַ סך מעהר אָריגינאַליטעט און מיט אַ רייכערען ווערטער-אויסוואַהל. און נאָך אַ זאַך: מיט די אלע פֿאַרהעלטניסמעסיגע שעהנקייטען פֿון זיינע באַשרייבונגען קלינגט זיין שפּראַך געקינצעלט און פֿילע פֿון זיינע ליטעראַרישע חנ'דעלעך זיינען גאַנץ נאַאיוו. אין דיזער באַציהונג איז מיר שלום עליכם'ס אידיש אימער געווען אנגענעהמער, וואָרים זי איז נאַטירליכער. מענדעלע דער ליטוואק האָט זיך מיט קינסטליכע מיטלען צוזאַמענגעשטעלט אַ ליטעראַרישען וואָלינער אידיש, וועהרענד שלום עליכם איז אַליין אַ וואָלינער, און ער האָט אויף אַ נאַטירליכען שטייגער געשריבען אויף זיין מוטער-שפּראַך.

איך האָב דאָ דאָ אונטערגערגעשטראָכען די ווערטער „אייניגע נאַטור-באַשרייבונגען", ווייל אַ שעהנעם אידיש, און אַ נעטען סטיל איבערהויפֿט, געפֿינט איהר אפֿילו ביי מענדעלע'ן נאָר אין געצעהלטע שטעלען. געוועהנליך איז אין זיין לשון ניטאָ קיינע198באַזונדערע מעלות. זעהר אָפֿט איז ער גאַנץ „ניט-ליטעראַריש" און ערטערווייז דער היפּוך פֿון שעהן.

מיר ריידען דאָ הויפּטזעכליך פֿון דער שפּראַך, אָבער די שפּראַך געהט דאָך האַנט-אין-האַנט מיט דער ליטעראַרישער מדרגה.

יעדע שפּראַך ענדערט זיך. לייענט אַ ענגלישע ווערק וואָס איז געשריבען געוואָרען מיט זיבעציג, אכציג יאָהר צוריק, וועט איהר סטיל זעהר אָפֿט אייך קלינגען זאָנדערבאַר. היינט, וואָס קען מען שוין ערוואַרטען פֿון אַ אידיש, וועלכע איז געשריבען געאָרען איידער עס האָט זיך גענומען ענטוויקלען אַ אידישע ליטעראַטור? אידיש-שרייבען איז דאַן געווען אַ גאַנץ נייע, ווייניג-ענטוויקעלטע אונטערנעהמונג. דער לשון איז געווען אָרים. די צאָהל ווערטער און אויסדרוקען איז געווען קלענער ווי היינט, און די, וואָס מען האָט געהאַט, האָט מען געברויכט אויף אַ באַשרענקטען, און אָפֿט אויף אַ הילפֿלאָזען שטייגער.

אַ צווייטער וויכטיגער פּונקט באַשטעהט אין פֿאָלגענדען:

מיר האָבען געשריבען פֿאַר דער מאַסע, און אונזער מאַסע איז דאַן געווען אַ סך רויהער ווי היינט. אַ אידישער בעל-מלאכה איז געווען אַ בעל-מלאכה אין דעם פֿאַרצייטיגען זין פֿון דעם וואָרט. ער האָט גערעדט אַ בעל-מלאכה'שען לשון, און קיין אנדערען האָט ער כּמעט ניט פֿאַרשטאַנען. אַ גרויסע טייל פֿון אונזער אַרבייטער עולם האָט קוים געקענט לייענען אָהן נקודות. ניט נאָר האָבען מיר מיט אונזער שרייבען זיי גערדאַרפֿט לערנען דענקען, נאָר מיר האָבען געמוזט זיי לערנען אונזער שרייבען איבערצולייענען.

די ערשטע רוסישע רעוואָלוציאָנערען זיינען „געגאַנגען אין פֿאָלק". זיי האָבען זיך געלערנט ריידען מיט דעם לשון פֿון אומוויסענדע מענשען, כּדי צוצוקומען צו זייערע מוחות און הערצער. איך האָב מיין אַרבייט אין אונזער אידישער באַוועגונג הויפּטזעכליך באַטראַכט אַלס אַ „געהן-אין-פֿאָלק", און אין דעם האָב איך ניט געמאַכט קיין טעות.199איך קען ניט פֿאַרלאָזען דעם ענין פֿון אונזער דאָמאַלסדיגען אידיש, איידער איך וועל זאָגען אַ פּאָר ווערטער. וועגען די דייטשע, ניט-אידישע, ווערטער וואָס פֿלעגען דאַן געברויכט ווערען. אין דעם צווייטען באַנד האָבען מיר געזעהן אז אידישע סאָציאַליסטען אין אַמעריקע האָבען זיך געפֿונען אונטער אַ שטאַרקען איינפֿלום פֿון די דייטשע סאָציאַליסטען, און זיי האָבען ביי זיי איבערגענומען פֿילע ווערטער און אויסדרוקען, הויפּטזעכליך אזעלכע, וואָס זיינען שייך צו דער באַוועגונג. די מוזיקאַלישע שפּראַך פֿון דער גאַנצער וועלט באַנוצט זיך מים איטאַליענישע אויסדרוקען; די שפּראַך פֿון שיפֿס-לייט איז פֿול מיט ענגלישע אויסדרוקען. דאָס איז ווייל די ערשטע איז ענטוויקעלט געוואָרען אין איטאַליען און די צווייטע אין ענגלאַנד. אויף אַן עהנליכען אופֿן איז אונזער באַוועגונגס-שפּראַך געווען פֿול מיט דייטשע ווערטער, וואָרים די אָרגאַניזירטע סאָציאַליסטישע באַוועגונג און די סאָציאַליסטישע ליטעראַטור איז געבאָרען געוואָרען אין דייטשלאַנד, און די סאָציאַליסטישע באַוועגונג וואָס מיר האָבען געפֿונען אין אַמעריקא, איז געווען אין דייטשע הענט.

אָבער ניט נאָר מיר, סאָציאַליסטען און טרייד-יוניאָניסטען, האָבען געברויכט אַ סך דייטשע ווערטער; אָרטאָדאָקסישע אידען האָבען אין זייערע בלעטער געברויכט נאָך מעהר דייטש ווי מיר. אזוי ווי ביים שרייבען פֿאָדערט זיך אן איידעלערע שפּראַך, האָט מען דאַן געמיינט, אז אום צו זיין איידעל דאַרף מען ריידען דייטש; אַ אידישער דאַקטאָר פֿלעגט זיך שטענדיג „ברעכען" אויף דייטש; אז ניט וואָלט מען צו איהם ניט האָבען קיין רעספּעקט.

ווען איך פֿאַרגלייך אָבער מיינע אַרטיקלען מיט די, וואָס זיינען אין יענע יאָהרען געשריבען געוואָרען פֿון אַנדערע, געפֿין איך, אז איך האָב געברויכט אַ סך ווייניגער דייטש ווי אלע. ביי אַנדערע שרייבער געדענק איך, צום ביישפּיל, אזעלכע ווערטער ווי: „דאַצו", „אונטערדעסען", „עס גיבט", זאָ" „וואָר", „ערונגענשאַפֿטען", „עראייגעניסען". אויף טריט און שריט באַגעגענט איהר אין דער „אַרבייטער צייטונג" אזאַ פֿראַזע, צום ביישפּיל: „פֿאָריגען נומער וואָר אַ ווארנונג", אָדער „ער האָט דאָס געטאָן200אבגלייך ער האָט ניט געוואָלט". אין מיינע אַרטיקלען געפֿינען זיך דיזע ווערטער קיין מאָל ניט.

מיר איז אָפֿט אויסגעקומען צו שאַפֿען נייע ווערטער אום אויסצודריקען מיינע געדאַנקען אויף אידיש. ווייל איך האָב געוואָלט שרייבען מיט פֿאָלקס-ווערטער, און אין אונזער פֿאָלקס-שפּראַך זיינען קיין קולטורעלע אויסדרוקען ניט געווען. איך פֿלעג מוזען אויסשמידען איינגענע. אָנשטאָט דעם וואָרט „ערונגענשאַפֿטען", צום ביישפּיל, פֿלעג איך געברויכען מיין אייגענעם וואָרט „אויפֿטואונגען", און אָנשטאָט „עראייגעניסען", האָב איך דאַן איינגעפֿיהרט דעם וואָרט „פּאַסירונגען". אָנשטאָט דעם וואָרט „פֿאָליאַטיוואָען" פֿלעג איך שרייבען „באַבסקע רפֿואות". אייניגע פֿון דיזע ווערטער האָבען אַנדערע שרייבער איבערגענומען און אזוי איז דאָס שוין געבליבען, ווי „פּאַסירונג", צום ביישפּיל (זינט דאַן איז אין דער אידישער ליטעראַטור געשאַפֿען געוואָרען דער וואָרט „געשעהעניש").

3
אַן אַגיטאַציאָנס-ליד. — עטליכע סדרות.

איך גלויב, אז די ערגסטע זאַך, וואָס איך האָב און ווען עס איז אויפֿגעשריבען איז אַן אַגיטאַציאָנס-ליד. דאָס איז געווען מיט אַ יאָהר דריי איידער עס איז ערשינען די „אַרבייטער צייטונג". די ליד איז געווען ספּעציעל צוגעפּאַסט צום זינגען ביי דער נעהמאַשין און צו דעם גייסטיגען צושטאַנד פֿון דעם אידישען בעל מלאכה פֿון דעם אַלטען טיפּ.

אליקום צונזער האָט אַ ליד מיט'ן נאָמען „די סאָכע", אין וועלכער ער באַזינגט אידישע ערד-אַרבייט; האָב איך אויף דעם זעלבען שטייגער, מיט דעם זעלבען ריטם, נאָר אין דעם גייסט פֿון דער דאָמאַלסדיגער סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע צווישען אונזערע אימיגראַנטען „אויפֿגעמייסטרעוועט" עטליכע פֿערזען וועגען דעם אפֿעריימאָר. אויבען, אונטער דער איבערשריפֿט, איז געווען אַ שורה: „צו זינגען מיט דעם נגון פֿון דער „סאָכע". אידישע פּאָבלישערס (מיינע לאַנדסלייט פֿייגענזאָן און קאַצענעלענבאָגען201פֿון 35 לאָדלאָו סטריט) האָבען דאָס אָפּגעדרוקט און פּעדלערס האָבען דאָס פֿאַרקויפֿט אויף די גאַסען. די ליד איז אַ היבשע צייט געווען זעהר פּאָפּולער. מען האָט איהר געזונגען אין אלע שעפּער. איצט האָבען אייניגע פֿון אונזערע גענאָסען מיר גערואָטען איהר אָפּצודרוקען אין דער „אַרבייטער צייטונג", און איך האָב זיך ניט געלאָזט בעטען.

אָט זיינען די ערשטע צוויי פֿערזען:

„דער אָפּערייטאָר דעם גאַנצען לעבען נעהט ער, איינגעבויגען אין דרייען איבער זיין מאַשין; די הענט אויסגעצויגען, דער קאַרק איינגעבויגען, עס נעהמט ארוים די אויגען, ווי אַ שפּאָן ווערט ער דין. עס דאָרט איהם דער מוח, ער לייגט אוועק זיין כּח אויפּ'ן גביר, אויפּ'ן רוצח ווי אַ פֿליג ביי אַ שפּין.

אין אַ רומקע ווי אַ נאָרע שוויצען קיין עין הרע צוויי מנינים מענשען אין היץ און אין שמוץ פֿון 6 ביז 10 אָ'קלאָק אַ ראָק נאָך אַ ראָק, אַ קלאָק נאָך אַ קלאָק, און וואָס איז זיין נוץ? ניט אַ סענט אין פּאָקעט, באָרוועס און נאַקעט, שפּאַצירען אין „חזיר מאַקעט", דאָס איז גאָר זיין גוטס."

אייגע פֿון די זשורנאַליסטישע געוואוינהייטען, וועלכע איך האָב געהאַט, ווען איך פֿלעג שרייבען פֿאַר דער „אַרבייטער202צייטונג", און וועלכע זיינען ביי אונז שוין לאַנג אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, איז באַשטאַנען אין אַריינשטוקעווען סאָציאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע, צי עס האָט געפּאַסט צי ניט. ווען איך לעז אזעלכע שטעלען היינט, קומען זיי מיר אויס ערגער ווי נאַאיוו.

צום ביישפּיל: אין אַ געוויסען אַרטיקעל, וואו איך דאַרף זאָגען „די פֿאַראייניגטע שטאַאטען", זאָג איך: „די דאָלאַר-כאַפּענדע פֿאַראייניגטע שטאַאטען". דאָ און דאָרטען געפֿינט זיך אַ פֿראַזע, אין וועלכער די רעוואָלוציאָנערקייט איז אויסגעדריקט אויף אַן עהנליכען וואולגאַרען שטייגער.

אין איין פּלאַץ זאָג איך: „די סאָציאַליסטען שלאָפֿען ניט און די קאַפּיטאַליסטען ציטערען". איך בין ניט געווען דער איינציגער וואָס פֿלעגט אַזוי ריידען. מיר האָבען גוט געוואוסט, אַז די קאַפּיטאַליסטען ציטערען ניט פֿאַר אונז. נאָר אזוי האָט זיך געפּאַסט צו אונזער דאַמאָלסדיגען אַגיטאַטאָרישען „רומעל".

אַמאָל פֿלעגען מיר אזעלכע ווערטער טיילווייז געברויכען אין אַ ליכטען, האַלב-שפּאַסיגען זין. אָבער געוועהנליך פֿלעגט דאָס געזאָגט ווערען גאַנץ סעריעז — מיט מעהר גיפֿט ווי אויפֿריכטיגקייט.

אַ פֿאָר יאָהר שפּעטער האָט אונזער סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי באַקומען אַ פֿיהרער (מיר וועלען מיט איהם באַקאַנט ווערען אויפֿ'ן געהעריגען פּלאַץ), וועלכער האָט די דאָזיגע רעוואָלוציאָנערע קאָקעטסטוואָ געבראַכט צו דער העכסטער און לעכערליכסטער מדרגה.

איך זאָג, אַז אזעלכע געוואוינהייטען זיינען „ביי אונז שוין לאַנג אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט". ליידער נאָך ניט אינגאַנצען. היינט אָבער זינדיגט מען ביי אונז סאָציאַליסטען אין דיזער הינזיכט אַ סך ווייניגער און זעלטענער ווי ביי די היינטיגע קאָמוניסטען. זיי געברויכען דעם ניט-אויפֿריכטיגען, קאָקעטיש-רעוואָלוציאָנערען טאָן נאָך אין פֿיל ערגערע פֿאָרמען ווי מיר פֿלעגען דאָס טאָן מיט עטליכע און דרייסיג יאָהר צוריק*.203שרייבענדיג די „סדרות" האָב איך אימער געהאַט אין זינען דעם רוויהען הומאָר-געפֿיהל פֿון דעם זעלבען בעל-מלאכה פֿאַר וועלכען איך האָב אויפֿגעשריבען „דאָס ליד פֿון דעם אַפּערייטאָר", און זייער גרויסער ערפֿאָלג איז געווען אַ באַוויַיז, אַז איך פֿאַרשטעה אונזערע מאַסען און ווייס ווי צו זיי צוצוקומען.

אין מיינע ערנסטע אַרטיקלען איז דער טאָן געווען אַ ווירדיגערער, אָבער די שפּראַך איז אימער געווען פֿאָלקסטימליך און איינפֿאַך. איך האָב אַלץ געהאַט אין זינען דעם אונענטוויקעלטען בעל-מלאכה. און דער ערפֿאָלג פֿון יענע אַרטיקלען וואו איך פֿלעג פּאָפּולאַריזירען וויסענשאַפֿט, אַמאָל אַ טיפֿזיניגען ענין, האָט געוויזען, אַז די מיטלען וועלכע איך געברויך ביי דיזען סאָרט אַרבייט זיינען ריכטיגע און פּראָדוקטבאַרע.

איך האָב זיך געפֿיהלט גליקליך ביי דיזער אַרבייט.

איך האָב אויבען באַמערקט, אַז אפֿילו אין די סדרות געפֿין איך היינט ניט ווייניג גוטע מאַטעריאַל. ערטערווייז באַגעגען איך אין זיי אַ געראָטענעם הומאָר פֿון אַ בעסערען סאָרט; ערטערווייז אַ אינטערעסאַנטען איינפֿאַל אָדער אַ פּאָעטישען בילדעל.

אזוי ווי אונזער קאַמף מיט די אַנאַרכיסטען האָט דורכגעדרונגען כמעט יעדע אָפּטיילונג פֿון דער באַוועגונג, שפּיגעלט ער זיך אָפֿט אָפּ אין אַ „סדרה". אין דער וואָך, ווען ביי אידען איז געגאַנגען די „תוכחה", פֿלעג איך איהר פֿאַרוואַנדלען אין אַ סאַטירע אויף די אַנאַרכיסטען מיט זייערע „נוואָלדיגע רייד און קיינע טאַטען".

אָט זיינען די ערשטע שורות פֿון אַ סדרה פֿון דיזען סאָרט: „די היינטיגע סדרה איז אין כעס! הערט ווי זי בייזערט זיך און שילט און קריצט מיט די צייהן! זי וועט „באַפֿעלען204אַ שרעקעניש, זי וועט צושיקען אַן אויסצערונג וואָס וועט פֿאַרדאַרבען די אויגען". הקיצור, זי וועט, און זי וועט, און זי וועט... וואָס פֿאַר אַ ווערט קענען האָבען די פּוסטע סטראַשונקעס פֿון אַ סדרה? עטליכע בלעטלעך חומש האָבען זיך באַהאַלטען צווישען צוויי טאָוולען און דאָרטען, אין באַהעלטעניש, פֿאַברעצירען זיי באַמבעם פֿון קללות און צייהן-קריצעניש. נו, תוכחה גוטע, וואָלט דען ניט בעסער געווען פֿאַר גאָט און פֿאַר לייטען, אַז דו וואָלסט ווייניגער געשאָלטען און מעהר געטאָן? אָט פֿאַלג מיר, גאָלד מיינע, קריך אַרוים פֿון דיינע פֿאַרשטויבטע טאָוולען, לופֿטער זיך אויס אַביסעל, וואַרף אַוועק דיינע פּוסטע קללות און הויב עפּעס אָן צו טאָן אויף דער וועלט!

„נאָר ווי קומט אַ תוכחה צו שכל... ניין, תוכחה, עס לוינט זיך ניט צו געבען מכות איינציגווייז. וואַרט ביז דו וועסט אָנקלייבען וויפֿיל מען דאַרף און דאַן געבען מכות ניט געזשאַלעווועט". (דאָס האָט געהייסען, אַז אַנשטאָט דעם וואָס די אַנאַרכיסטען ריידען ווענען וואַרפֿען איינציגע באַמבעם, זאָלען זיי בעסער אָנטייל נעמען אין דער סאָציאַליסטישער אַגיטאַציע און העלפֿען צוגרייטען דאָס פֿאָלק צו אַן אמת'ער רעוואָלוציע).

דיזע סדרה איז געשריבען געוואָרען גלייך נאָך דעם ווי ביסמאַרק האָט רעזיגנירט אַלס הויפּט-מיניסטער און דער יונגער קייזער ווילהעלם האָט זיין רעזיגנאַציע אָנגענומען. דאָס איז געווען די גרויסע וועלט-נייעס פֿון יענער וואָך. אַלזאָ, שטעל איך פֿאָר ווי ביסמאַרק האָט אַלע פֿאָליטיקער פֿון דער וועלט גערפֿיהרט פֿאַר דער נעזער. ער האָט יעדען פֿון זיי געהאַלטען אויף אַ שטריקעל, וואָס איז געווען צוגעבונדען צו זיין נאָז. אַלזאָ זיינען זיי אזוי צוגעוואוינט געוואָרען צו דעם, אַז איצט טאַפּען זיי זיך די נעזער און וואונדערען זיך וואו די שטריקעל איז אַהינגעקומען.

אין דער זעלבער סדרה געפֿינט זיך אויך אַן אָנצוהערעניש אויף דעם אָפּמאַך צווישען אַמעריקא און רוסלאַנד אַרויסצוגעבען רוסישע פֿאַרברעכער. דער דאָזיגער אָפּמאַך האָט אַרויסגערופֿען אַן אויפֿרעגונג אין דער רוסישער קאָלאָניע; און עס איז געגרינדעט געוואָרען אַ „רוסישע ליגע" איהם צו באַקעמפֿען.205אין דיזער סדרה געפֿינט זיך אַ קינדערשער וואָרט-שפּיל. אנשטאָט „אַלעקסאַנדער", רוף איך דעם רוסישען צאַר „אַלעקס-שינדער".

ווען אין חומש שטעהט, אַז משה רבינו האָט דערלעבט אַריינצוכפֿיהרען די אידען אין ארץ ישראל, און אַז ער אַליין האָט די הייליגע לאַנד געזעהן נאָר פֿון ווייטען, זאָגט דער פּראָלעטאַרישקער מגיד:

„אָבער ווי אַ וואַהרער פֿריינד פֿון פֿאָלק האָט משה אַליין מקבל באהבה געווען און געהייסען די אידען קעמפֿען מיט די פֿיינדליכע פֿעלקער, וועלכע שטעהען זיי אין וועג און שטערען זיי צוצוקומען צו זייער ציל... אזוי איז דער שיקזאַל פֿון כמעט אַלע גרויסע פֿאָלקס-פֿריינד. וויפֿיל פֿרייהייט-קעמפֿער מוזען זיך דאָס באַנוגענען מיט אַ ווייטען בליק, נאָר מיט אַ געדאַנקען-בילד פֿון זייער פֿאַרווירקליכטען אידעאַל! וויפֿיל וועלען מוזען שטאַרבען אין אַ ירדן פֿון בלוט, וועלכער ליגט צווישען די וויסטע קאַפּיטאַליסטישע וועלט און דעם גן-עדן פֿון סאָציאַליזם!"

ווען אין דער תורה ווערט גערעדט ווענען זיבען שלאַנגען, טייטשט דאָס דער „פּראָלעטאַרישקער", אַז מען מיינט דעם טראָן, דעם פֿאַבריקאַנט, דעם לענדלאָרד, דעם באַנקיר, דעם אייזענבאַהן מאַגנאַט, דעם סוחר און דעם „רעוורענד".

צו דיזער סדרה איז צוגעגעבען אַן הפֿטורה. צופּאַסענדיג די תנך-ווערטער צו אונזער אַגיטאַציע, שרייבט דער פּראָלעטאַרישקער:

„לאָמיר זאָגען מיט ישעיה הנביא: נחמו, נחמו עמי! טרייסט, טרייסט דעם פֿאַרקנעכטעטען פֿאָלק! רעדט צו די הערצער פֿון די עלענדע. רופֿט צו זיי און זאָגט, אַז זייערע צרות זיינען פֿאַרפֿול. דער קול פֿון פֿרייהייט רופֿט אין די פֿאַבריקען און אין די מינען! מאַכט אַ וועג! פֿאַרשימט די יאָמער-טאָלען, צווואַרפֿט די פֿעסטונגען, שליידערט אַרונטער די תליות, פֿאַרניכטעט די טענעמענטס, צוברעכט די קרוינען! צורייסט די קייטען! מאַכט אַ וואַרע פֿאַר די ליכטיגע צייט, פֿאַר די צייט פֿון פֿרייהייט, גלייכהייט און ברידערליכקייט!

„און די שטימע זאָגט: רוף, רוף! און איך פֿרעג: וואָס206זאָל איך רופֿען? און זי זאָגט צו מיר: רוף צו די אַרבייטסלייט און זאָג אַז זיי זאָלען זיך נעמען צו די אָפּגעקאַרמעטע און זיי אויסוואָרצלען ווי גראָז.

„געהט אויף די פּלאַטפֿאָרמעס און פּרעדיגט! געהט אויף די שפּיץ בערג און שרייט צו די אַרבייטער אַז די פֿרייהייט איז זייערע! לאָזט זיי וויסען, אַז דער גרויסער טאָג קומט אָן, אַז ער ברענגט שטראָף פֿאַר די אונטערדריקער אין איין האַנט און גליק פֿאַר די געדריקטע אין דער אַנדער האַנט. ובא לפּראָלעטאַרישאַק גואל. — דער פּראָלעטאַרישקער מגיד".

דאָ, וואו אין חומש ווערט דערצעהלט ווי משה האָט געטויט דעם מצרי, וועלכער האָט געשלאָגען אַ אידען ביי דער אַרבייט, רוף איך משה רבינו'ן „גענאָסע משה". איך דערצעהל, אַז ער האָט זיך אָנגענומען פֿאַר אַ אידישען אַרבייטער; „און ווען ער האָט געזעהן ווי אַיין איד שלאָגט אַ צווייטען, האָט ער צו איהם געזאָגט: „וואָס שלאָגסטו דיין ברודער?" וואָרים משה האָט געהאַלטען פֿון אונזער מיינונג, אַז אַרבייטער דאַרפֿען זיך ניט קריגען, נאָר לעבען ווי ברידער; זיין פֿאַראייניגט אין די יוניאָנס און צוזאַמען באַקעמפֿען די קאַפּיטאַליסטישע פּרעה'ס".

דיזער סאָרט „סדרה" פֿלעגט זיין זעהר פּאָפּולער.

4

[טאָפּיק] פֿעליעטאָנען.—דער ערשטער בעקער-סטרייק.—אַ טהענקס-גיווינג פֿעליעטאָן.—פּאָטטי און פּראָפּאַגאַנדאַ.— סוירקוליישאָן.—טהעמאַם.

אַמאָל פֿלעג איך שרייבען אַ פֿעליעטאָן אויף אַ פּאַסירונג פֿון אונזער באַוועגונג אָדער פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבען אין אַלגעמיין. איין פֿעליעטאָן אזעלכען האָב איך צוגעפֿערטיגט לכבוד דעם ערשטען גרויסען בעקער סטרייק. די בעקער יוניאָן האָט איינגעפֿיהרט אַ לייבעל, וועלכער איז געווען אַרויפֿגעקלעפּט אויף יעדער חלה, וואָס איז געבאַקען געוואָרען פֿון יוניאָן הענט. צוליב דיזען לייבעל זיינען פֿאָרגעקומען אינטערעסאַנטע סצענעס. צום207ביישפּיל: אַ אידישע באַלעבאָסטע, די פֿרוי פֿון אַ סאָציאַליסט אָדער אזוי אַ יוניאָן-מאַן, קומט אַריין אין אַ גראָסערי סטאָר, נעהמט אָן פֿאַרשידענע זאַכען און צום ענד בעט זי אַ חלה. אָבער די חלה, וואָס מען גיט איהר, האָט ניט קיין לייבעל. ליגנט די פֿרוי אַלץ אַוועק: זי וועט דאָ קיין זאַך ניט קויפֿען. דער גראָסערי מאַן בעט זיך ביי איהר, אַז זי זאָל געהמען די אַנדערע אַרטיקלען; אָבער זי ענטפֿערט, אַז זי האָט מורא צו קומען אהיים מיט פּוטער אָדער קעראָסין פֿון אַ סטאָר, וואָס האָט ניט דעם יוניאָן לייבעל אויף זיינע געבעק.

אויף דיזען אַרט האָבען מיר געוואואָנען דעם סטרייק. און ווענען דעם דאָזיגען לייבעל האָב איך דאָס אויפֿגעשריבען דעם פֿעליעטאָן. ער איז געווען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ דעבאַטע צווישען אַ חלה און אַ געקוילעטער טשיקען.

איך שטעל פֿאָר אַ גראָסערי סטאָר, וואָס געפֿינט זיך נעקסטדאָר צו אַ בוטשער שאַפּ. אויף אַ טישעל לעבען דער גראָסערי סטאָר ליגען חלות מיט יוניאָן-לייבעלס, און ביים טיר פֿון דעם בוטשער שאַפּ הענגען געקוילעטע טשיקענס מיט אַ פּלאָמבע*. אַ חלה ווייזט מיט שטאָלץ אויף דעם „יוניאָן בעדזש", וואָס זי טראָגט אויף איהר ברוסט, און די טשיקען ענטפֿערט איהר. די טשיקען באַריהמט זיך מיט איהר „בלייענעם מעדאַל".

דער לייבעל ווערט פֿאָרגעשטעלט אַלס דער בעדזש פֿון יושר און ליכט, און די פּלאָמבע אַלס דער בעדזש פֿון פֿינסטערניש.

אין דער וואָך פֿון טהענקסגיווינג דעי, אין 1891, האָב איך געדרוקט אַ פֿעליעטאָן ווענען די נשמות פֿון טוירקים, וועלכע מען האָט געקוילעט לכבוד דעם טאָג פֿון דאַנק-זאָגונג. איך שטעל פֿאָר ווי די נשמות קומען אויף יענער וועלט.

אין דער הקדמה דערצעהל איך ווי אַנגענעהם מיר איז208געווען צו הערען דעם קלאַנג פֿון הונדערטע גאָפּעל-מעסערס ביי די טוירקי מאָהלצייטען, וועלכע רייכע אַמעריקאַנער מאַכען יענעם טאָג פֿאַר אָרימע יתומים: „דער שעהנער קלאַנג האָט אָפּגעהילכט אין מיינע אויערען ווי גן-עדן מוזיק. פֿון זיסקייט איז מיין גוף אַנשלאָפֿען געוואָרען. מיין גייסט האָט געשוועבט אין אַ וועלט פֿון שעהנע טענער. שוועבענדיג האָט ער זיך געטראָגען העכער און העכער, ביז ער איז געקומען צום העכסטען הימעל. דאָרטען האָב איך געזעהן ווי דער רבונו של עולם זיצט מיט זיינע מלאכים ביי אַ גרויסען טיש.

עס קומט אַריין די נשמה פֿון אַ געקוילעטען אינדיק.

— ווער ביזטו? — פֿרעגט אַ מלאך.

— אינדיק איז מיין נאָמען און וואַנדערבילט איז מיין האַר — ענטפֿערט זי — מיין גוף האָב איך איבערגעלאָזען דאַון-סטערז אויף אַ טעלער מיט קרענבערי סאָאם. מיין האַר דאַנקט דיר, רבונו של עולם, פֿאַר די מיליאָנען וואָס דו האָסט איהם היינטיגען יאָהר צוגעשיקט; פֿאַר דעם פּראָצעם וואָס ער האָט געוואואָנען איבער די אַלמנות פֿון די אַרבייטער, וועלכע האָבען פֿאַרלאָרען זייערע לעבענס אויף זיין אייזענבאַהן.

— גוד גוירל! — האָט אויסגעשריען דער הייליגער טשערמאַן — פֿיהר די נשמה גלייך אין גן-עדן אריין!

דערנאָך קומט אַריין די נשמה פֿון אַן אַרבייטער'ם טוירקי. מען פֿרעגט ביי איהר פֿאַרוואָס זי דאַנקט, און זי ענטפֿערט, אַז זי דאַנקט גאָט פֿאַרוואָס מען האָט פֿון די קלאָק-מאַכער ניט אַראָפּגענומען מעהר ווי צוויי דאָלאַר אַ וואָך פֿון די ווידזשעם.

איין נשמה קומט פֿון דער טוירקי פֿון אַ ניוס-באָי. מען פֿרעגט איהר פֿאַרוואָס זי דאַנקט. זאָגט זי, אַז זי דאַנקט פֿאַר די פֿיפֿערס, וואָס דער באָי פֿאַרקויפֿט ביינאַכט. מען פֿרעגט ווער עס איז דער באָי; ענטפֿערט זי, אַז ער איז אַ יתום; אַז זיין טאַטע איז געווען איינער פֿון די אַרבייטער, וואָס איז דער'הרג'עט געוואָרען ביי וואַנדערבילט'ן אויפֿ'ן באַהן. דיזער נשמה זאָגט מען, אַז זי האָט צופֿיל חוצפה. מען פֿאַראָרטיילט איהר צו זיין אַ גלגול אין דעם גוף פֿון אַ כפרה-הענדעלע אויף יום-כפּור.209ביי דעם אָנהויב פֿון ערשטען יאָהר-גאַנג „אַרבייטער צייטונג" געפֿין איך מיינע איינדרוקען פֿון דער וועלט-באַריהמטער זינגערין, פּאַטטי, אין דער אָפּעראַ „לוציאַ". די באַשרייבונג פֿון פּאַטטי'ם זינגען איז פֿאַרבען-רייך און האָט אַרויסגערופֿען אַ סך קאָמפּלימענטען. דאָס איז אָבער ניט קיין איבערבליק איבער דער אָפּעראַ, נאָר אַ טייל פֿון אַ פֿעליעטאָן אונטער דעם נאָמען „צוויי וועלטען אויף דער וועלט"; דאָס הייסט — ווידער פּראָפּאַגאַנדע. איידער איך פֿאַנג אָן צו באַשרייבען פּאַטטי'ם זינגען, שטעל איך פֿאָר דעם לוקסום אין דער אָפּעראַ און די רייכע דרעסעס פֿון די דאַמען, וואָס זיינען געזעסען אין די לאָזשען. אַלם אַ געגענזאַץ צו דעם און צו פּאַטטי'ם געזאַנג, שטעל איך פֿאָר ווי אַ בעטלערקע זינגט אויף אַ יארד.

„איהרע צוריסענע טענער האָבען אין זיך געהאַט אַ מין קינדערשען קלאַנג — זאָג איך — און צייטענווייז פֿלעגט זי זיך צוציטערען מיט אַ האַרץ-רייסענדען טרעל, וועלכער האָט געמאַכט אַ טיפֿערען איינדרוס ווי פּאַטטי'ם קאָלאָראַטורען... איך האָב מיט דער אונגליקליכער פֿרוי גערעדט, און זי האָט מיר דערצעהלט, אַז איהר מאַן האָט פֿאַרלאָרען זיין לעבען אַרבייטענדיג אין אַ קוילען-גרוב; אַז זי האָט דריי קינדער און אַז די קוילעןקאָמפּאַניע האָט איהר אָפּגע'פּטר'ט מיט עטליכע דאָלאַר"...

היינט וואָלט אַפֿילו אַ זיבעצען-יאָהריגער סאָציאַליסט פֿאַרשטאַנען, אַז מען מעג שרייבען ווענען דער אָפּעראַ און איהר ניט צוזאַמענפֿאָרען מיט דעם געזאַנג פֿון אַ בעטלערקע, פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע צוועקען.

ווען איך קוק דורך די פֿאַרשידענע אַרטיקלען, וועלכע איך האָב געשריבען אין די ערשטע צוויי יאָהר-גאַנגען „אַרבייטער צייטונג", באַמערק איך אַז דער ענין איז כמעט אימער פֿון דעם סאָרט, וועלכער קען פֿאַראינטערעסירען אַ גרויסען עולם. און די „קעפּעל" איז אויפֿגעשריבען מיט'ן זעלבען צוועק — צו פֿאַראינטערעסירען אַ גרויסען עולם; צו ציהען אויפֿמערקזאַמקייט צו דער אינטערעסאַנטקייט פֿון דעם אַרטיקעל. דאָס געהט אויף מיינע פּאָפּולער-וויסענשאַפֿטליכע אַרטיקלען, אזוי גוט ווי אויף210אנדערע. אײן אַרטיקעל, צום בײַשפּיל, איז אויף דער טהעמע: „פֿון וואַנען האָבען זיך גענומען די פֿאַרשידענע נאַציאָנען?" אַן אנדערער טראָגט דעם איבערשריפֿט: „ווי אזוי פֿלאנצען מעהרען זיך; זייערע זכרים און נקבות. — ווי אזוי די פֿרוכט ווערט געבאָרען". אמאָל באַגעגען איך מײַנע אַן איבערזעצונג פֿון אַ באַקאנטען שרײַבער, און דער אינהאַלט איז ווידער אַזעלכער, וואָס דאַרף פֿאַראינטערעסירען דעם עולם. צום בײַשפּיל, אַן איבערזעצונג פֿון וויקטאָר הוגאָ׳ס שילדערונג ווי „אַ מענש איז דער טרונקען געוואָרען אין זאַמד".

5
ערשטע אינטערעסען אַלם בעלעטריסט. — אַ נײַער אינטערעם אין מענשען. — אַ וויסענשאַפֿטליכער עניִן. — מײַן אַמביציע.

אין די ערשטע אכציג-נײַנציג נומערען „אַרבייטער צייטונג" געפֿינען זיך אויך די ערשטע שפּראָצונגען פֿון מײַן אַרבייט אַלם בעלעטריסט. זעהר אַ שוואַכער אָנפֿאַנג; עם לאָזט זיך אָבער מערקען די ריכטונג, אין וועלכער מײַן אינטערעם האָט זיך גענומען ענטוויקלען.

אין אַ סדרה, וועלכע איז געדרוקט אין נומער 5 פֿון דעם צווייטען יאָהרגאַנג, ווערט פֿאָרגעשטעלט אַ אידישער מלמד, און דיזע באַשרײַבונג ענטהאַלט אַ סקיצע פֿון אַ סימפּאַטישען אידישען טיף. נאָך דייטליכער זעהט זיך די דאָזיגע שטרעבונג אין דעם 23טען נומער פֿון דעם זעלבען יאָהרגאַנג. אונטער דעם נאָמען „אַנשטאָט אַ סדרה" גיב איך אַן ערצעהלונג מיט דעם איבערשריפֿט „מאָטקע אַרבעל". דאָס איז געגאַנגען אין עטליכע נומערען. ווען איך לעז איצט דיזע ערצעהלונג, קומט זי מיר אוים קינדערש. דער קינסטלערישער אינטערעם, וואָס זי ווייזט אַרוים, איז אַ רויהער. עם איז אָבער פֿאָרט אַ קינסטלערישער אינטערעם.

אין דעם 52טען נומער פֿון דעם צווייטען יאָהרגאַנג געפֿינט זיך מײַנע אַן איבערזעצונג פֿון טורגעניעוו׳ס סקיצע „העננט211איהם!" דאָס האָב איך צוגעפֿערטיגט, ווײַל דער אינהאַלט און דער איבערשריפֿט זייִנען פֿון די, וואָס מוזען פֿאַראינטערעסירען דעם ברייטען עולם; אָבער טיילווייז ווײַל די ערצעהלונג מאַכט אַ שטאַרקען איינדרוק אַלם אַ ליטעראַרישע זאַך. איך האָב איהר באַטראַכט אַלם אַ גוטען מיטטעל אונזער עולם באַקאַנט צו מאַכען מיט דעם סאָרט פֿאַרגעניגען, וואָס מען באַקומט פֿון אַ ליטעראַרישע ווערק.

פֿריהער איז מײַן ליבע צו ליטעראַטור געווען די ליבע פֿון אַ אינטעליגענטען רוסישען לעזער, און ניט פֿון אײַנעם וואָס פֿאַרמעסט זיך אַליין צו שרײַבען ערצעהלונגען. די רוסישע קריטיקער האָב איך געשעצט הויך. אָבער דאָס איז כמעט געווען אַ טייל פֿון דער רוסישער קולטור. יעדער געשטודירטער אָדער שטודירענדער יונגערמאַן פֿון רוסלאַנד האָט פֿאַרגעטערט די רוסישע קריטיקער.

מײַן פֿרוי האָט אין יענע יאָהרען געהאַט מעהר אינטערעם אין ליטעראַטור ווי איך. וועגען טורגעניעוו׳ן און פּושקין׳ען האָט זי אימער גערעדט מיט באַגייסטערונג, און זי האָט אָפֿט געמאַכט אינטערעסאַנטע באַמערקונגען וועגען זיי. און וועגען טאָלסטאָי׳ען אַלם פֿסיכאָלאָגישען קינסטלער, פֿלעגט זי אויסדריקען באַוואונדערונג נאָך מיט פֿיר-פֿינף יאָהר פֿריהער. אַרום דער צייט פֿון דעם בליזארד, אין 1888, געדענק איך, האָט זי, לעזענדיג טאָלסטאָי׳ם אַ ווערק, אָנגעוויזען אויף שטעלען אין וועלכע עם האָט זיך געזעהן די טיפֿקייט פֿון זיין בליק, די ריכטיגקייט און העלקייט מיט וועלכער ער שילדערט די מענשליכע נאַטור.

אין מיר האָט זיך אַן ערנסטער ליטעראַרישער געפֿיהל ענטוויקעלט אַביסעל שפּעטער און טאָקע דורך מיין מיטאַרבייטערשאַפֿט אין דער „אַרבייטער צייטונג". שרײַבענדיג די סדרות און אַנדערע פֿעליעטאָנען, האָב איך ביסלעכווייז דערפֿיהלט אַ חשק פֿאָרצושטעלען סצענעם און טיפֿען, דעם גאַנג פֿון מענשליכע געדאַנקען און געפֿיהלען. און דיזער סאָרט אינטערעם ברענגט שוין מיט אַ נײַעם אינטערעם אין די מענשען, וועלכע איהר זעהט אַרום זיך.212איך פֿלעג אָפֿט אָפּ׳הערען אַ קאָמפּלימענט, אַז איך בין אַ מבין אויף מענשען. אויב דאָס איז אמת, האָב איך דיזע מבינות פֿריהער אין מײַן שרײַבען ווייניג אויסגענוצט. מײַנע בעאָבאַכטונגען זייִנען געווען אַ זייטיגע זאַך. איצט אָבער האָט דער אינטערעם אין מענשען און זייערע פֿאַרהעלטניסען צווישען זיך גענומען וואַקסען אין מיר.

ווען מען הויבט אָן דורשטען צו שאַפֿען עטוואָם בעלעטריסטישעם, הויבט מען אָן צו קוקען אויף יעדען מענשען מיט אַ ספּעציעלער נײַגעריגקייט. מען בעאָבאַכטעט איהם מיט גאָר אַנאַנדער סאָרט אויפֿמערקזאַמקייט. דער זעלבער משה אָדער טשאַרלז ווערט גאָר ביי אייך אַן אנדערער. איהר דרינגט דורך זיין שמייכעל, איהר לעזט אין זיינע אויגען אַ נײַע שפּראַך. איהר האָלט שטענדיג אין שטודירען די וועלט.

קיין באַשטימטע ליטעראַרישע פּלענער האָב איך אָבער נאָך דאַן ניט געהאַט. מײַן אַמביציע אַלם שרײַבער האָט גאָר געהאַט אַ שייכות צו אַ וויסענשאַפֿטליכען עניִן, און זי האָט זיך ביי מיר ענטוויקעלט דורך די לעקטשורם, וואָם איך פֿלעג האַלטען און דורך די פּאָפּולערע אַרטיקלען, וואָם איך פֿלעג שרײַבען. איך האָב געגלויבט, אַז איך האָב אַן אָריגינעלען געדאַנק, פֿון וועלכען עם קאָן אַרויסקומען אַ וויכטיגע ווערק.

אַ טייל פֿון דעם פּלאַן איז באַשטאַנען אין ערקלעהרען מיט וויסענשאַפֿטליכער גרינדליכקייט און מיט מאַסען וויסענשאַפֿטליכע באַווייזע דעם עניִן, וועלכען איך האָב שוין אַ פֿאָר מאָל דערמאָנט, די שייכות צווישען סאָציאַליזם און דאַרוויניזם.

עם איז דאַן געווען אַ דייטשע בראָשורע וועגען דער פֿראַגע; איך האָב אָבער פֿון איהר ווייניג געהאַלטען. איך בין געווען איבערצייגט, אַז מײַן אַרגומענט איז פֿיל טיפֿער און ברייטער, און אַז ער איז פֿאָלשטענדיג איבערצייגענד. די פֿראַגע האָט געפֿאָדערט אַ סך צייט אויף לעזען און אונטערזוכונגס-אַרבייט.

איך האָב זיך גענומען צום דאַרוויניזם. איך האָב גרינדליך213איבערגעלייענט ניט נאָר דאַרווין׳ם הויפֿט ווערק „די ענטוויקלונג פֿון די מינים" און „די אָפּשטאַמונג פֿון דעם מענשען"; איך האָב אויך דורכגעשטודירט די באַריהמטע ווערק פֿון אַלפֿרעד וואַללאַם און אַ גאַנצע רייהע אנדערע ביכער, וואָם האָבען אַ דירעקטע אָדער אינדירעקטע שייכות צום דאַרוויניזם.

צו דער זעלבער צייט האָב איך גענומען שטודירען דעם לעבען פֿון דעם מענשען ווען ער איז נאָך געווען האַלב-ווילד, און פֿון די פֿעלקער, וואָם געפֿינען זיך אין אַ האַלב-ווילדען צושטאַנד אין אונזער צייט. דיזער עניִן איז געווען ענג פֿאַרבונדען מיט מײַן אַרגומענט וועגען סאָציאַליזם און דאַרוויניזם. דער קאָמוניסטישער שטייגער, אויף וועלכען האַלב-ווילדע שבטים פֿלעגען זיך פֿיהרען אין פֿאַרהיסטאָרישע צייטען, און די סליאדען דערפֿון, וואָם זייִנען איבערגעבליבען ביז היינט — דאָם איז געווען איינער פֿון די וויכטיגסטע פּונקטען.

פֿון מײַנע לעצטע סענטען האָב איך געקויפֿט אַלע ווערק פֿון׳ם ענגלישען פֿאָרשער און דענקער מעין איבער דיזען געגענשטאַנד; אויך אַלע ווערק פֿון דעם ענגלישען געלעהרטען טאַילער איבער דער זעלבער וויסענשאַפֿט, און מאָרגאַן׳ם „גאָר-פֿאַרצייטיגע געזעלשאַפֿט". איך האָב אויך צוזאַמענגעשטעלט אַ צעטעל פֿון אַנדערע ווערק (מייסטענם פֿון רייזענדער) וועגען דעם לעבען פֿון האַלב-ווילדע פֿעלקער אין אפֿריקא, זיד-אַמעריקא און אויסטראַליען, וועלכע איך האָב געפֿונען אין דעם קאַטאַלאָג פֿון אַסטאָר ליברערי און אין די קאַטאַלאָגען פֿון די נײַעסטע ווערק, וואָם זייִנען אַרויסגעגעבען געוואָרען פֿון אַמעריקאַנער און ענגלישע פּאָבלישערם.

אַ וויכטיגע ווערק צו מײַן ציעל איז געווען הערבערט ספּענסער׳ם סאָציאָלאָגיע (אין צוויי דיקע בענדער) און זיינע גרויסע סאָציאָלאָגישע טאַבעלען. אָבער מאָרגאַן׳ם בוך האָב איך געשטעלט העכער. ביי ספּענסער׳ן געפֿינט מען אַ סך מעהר פֿאַקטען; אָבער מאָרגאַן גיט אַ שליסעל צו דער גאַנצער פֿראַגע, אַ צענטראַלען געדאַנק, וועלכען פֿרידריך ענגעלם האָט אַריינגענומען אין דעם וויסענשאַפֿטליכען סאָציאַליזם. מיט דעם הויפֿט געדאַנק פֿון מאָרגאַן׳ם ערקלעהרונג אין ענגעלם׳עם בּאַלייכטונג214בין איך באַקאַנט געוואָרען דורך ענגעלם׳עם ווערק „די פֿרוי, די פֿאַמיליע און דער שטאַאט". איך האָב אָבער איבערגעלעזען מאָרגאַן׳ם בוך גופֿא. עם איז אַ טרוקענע ווערק. איך האָב איהר אָבער דורכגעשטודירט מיט התמדה.

דעם עיקר-געדאַנק פֿון מײַן אַרגומענט פֿלעג איך אויסדריקען אויף לעקטשורם אין ענגליש און אידיש, און זיי האָבען אומעטום געהאַט ערפֿאָלג. אָבער נאָר דעם עיקר פֿלעג איך אַרויסברענגען פֿאַר אַן עולם. פֿילע פֿון די אייִנצעלהייטען זייִנען נאָך מיר אַליין ניט קלאָר געווען. וועגען אייִניגע פּונקטען האָט מיר געפֿעלט באַ׳ווייזען, וועגען אנדערע האָב איך געהאַט צווייפֿלען. פֿאַרשידענע פֿראַגען זייִנען מיר געשטאַנען אין וועג.

אייִניגע ביכער האָב איך אין דער אַסטאָר ליברערי ניט געקענט געפֿינען. די באַסטאָנער ליברערי איז דאַן געווען גרעסער און רייכער; האָב איך זיך געקליבען דאָרטען צו פֿאַרברענגען אַ געוויסע צייט מיט דעם צוועק דורכצוווּבען דעם דאָרטיגען קאַטאַלאָג און צו שטודירען די ווערק, אין וועלכע איך בין געווען פֿאַראינטערעסירט, און וועלכע די דאָרטיגע ביבליאָטעק האָט ענטהאַלטען.

פֿון צייט צו צייט האָב איך געלעזען איבער פּאָליטישע עקאָנאָמיע. צום בײַשפּיל: עם איז אָנגענומען אַז דער פֿונדאַמענט פֿון קאַרל מאַרקם׳עם „וועלט-טעאָריע" ליגט אין דעם ווערק פֿון דעם ענגלישען עקאָנאָמיסט, דעם אידען, ריקאַרדאָ; האָב איך גרינדליך שטודירט ריקאַרדאָ׳ם שריפֿטען (דעם בוך האָבען מיר צוגעשיקט די אידישע גענאָסען פֿון לאָנדאָן אַלם מתנה).

יענעם פֿריהלינג (1892) האָב איך געלעזען קאַרל מאַרקם׳עם דעבאַטע מיט דעם פֿאַטער פֿון דעם פֿראַנצוייזישען אַנאַרכיזם, פּרודהאָן, אויך מאַרקם׳עם ווערק „צו דער קריטיק פֿון פּאָליטישע עקאָנאָמיע" און אנדערע באַריהמטע בראָשורען זיינע (אַלץ אין אַ רוסישער איבערזעצונג, וועלכע פּלעכאַנאָוו׳ם רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע גרופֿע האָט אַרויסגעגעבען אין דער שווייץ).

6
רעדנער. — אײַנבילדונגם-קראַפֿט. — אַ מעלה און אַ חסרון. — שילדערונגען. — ענטוואָרטען אויף פֿראַגען פֿון אַנאַרכיסטען.

215אין יענע צוויי יאָהר און אין די נעקסטע צוויי האָב איך זיך געפֿונען אויף דעם העכסטען שטאַפּעל פֿון מײַן טעטיגקייט אַלם רעדנער. פֿאַרשידענע באַריכטען און קאָרעספּאָנדענצען אין דער „אַרבייטער צייטונג" דערמאָנען מיר אָן מאַסען אייִנצעלהייטען פֿון דיזער טעטיגקייט — פֿון די אַגיטאַציאָנם-רעדעם און לעקטשורם וואָם איך פֿלעג האַלטען, און פֿון די דעבאַטען אין וועלכע איך פֿלעג זיך באַטייליגען. וואָם אנבאַטרעפֿט די איינדריקע — גינסטיגע און אונגינסטיגע, — וועלכע מײַנע רעדעם פֿלעגען מאַכען, איז מײַן איצטיגער באַגריף וועגען זיי געגרינדעט אויף די דאַמאָלסדיגע מיינונגען פֿון פֿריינד און פֿיינד, אויף דעם וואָם מענשען געדענקען און אויף דעם וואָם איך געדענק אַליין, און אויף געוויסע נאָטיצען און בריעף וואָם זייִנען ביי מיר פֿאַרבליבען.

קיין אָראַטאָר בין איך קיינמאָל ניט געווען. אָראַטאָרם רעדען כמעט דורכאויס אין אַ געהויבענעם טאָן און מיט באַרעכענטע, געשליפֿענע זאַצען, און זייערע אַ רעדע איז אַזוי צוזאַמענגעשטעלט, אַז זי זאָל שטייגען פֿון געלאַסענע געפֿיהלען צו העכערע שטאַפּלען פֿון באַגייסטערונג, ביז עם ווערט דערגרייכט דער העכסטער פּונקט. אַלץ איז אויסגערעכענט אַזוי, אַז די באַגייסטערונג פֿון די צוהערער זאָל אויך שטייגען פֿון שטאַפּעל צו שטאַפּעל, און ענדליך, ביי דעם העכסטען פּונקט, זאָל זי אויסזעצען אין אַ שטורעמדיגען אַפּלאָדיסמענט. דאָם רוב קומט אַן אָראַטאָר צו דער פּלאַטפֿאָרמע מיט אַ צוגעפֿערטיגטער רעדע, און ער געדענקט איהר פֿון אָנהויב ביז׳ן סוף. און אויב ניט, ווערט זי ביי איהם אויף דער פּלאַטפֿאָרמע גופֿא אָרגאַניזירט אויף דעם דאָזיגען שטייגער.

צו אַזאַ סאָרט רעדען האָב איך קיינמאָל ניט געהאַט קיין פֿעהיגקייט. דערצו דאַרף מען זיין אַ געלאַסענערער מענש ווי איך בין; מ׳דאַרף זיך קענען בעסער קאָנטראָלירען. איך האָב אַ פֿאָר מאָל געפֿרופֿט האַלטען אַ צוגעפֿערטיגטע רעדע, און ביידע מאָל216האָב איך געהאַט אַ נידערלאַגע. איך האָב זיך געדאַרפֿט דערמאָנען די ווערטער, וואָם איך האָב געזאָלט געברויכען. דאָם האָט געפֿענטעט מײַן גאַנצען „איך". דער רעזולטאַט איז געווען, אַז איך האָב זיך געפֿלאָנטערט ווי אַ אינגעל, וואָם האָט זיין לעסאָן אויסגעלערנט אויף אויסווייניג און געדענקט איהם ניט גוט. מײַנע געדאַנקען, געפֿיהלען און אײַנבילדונגם-קראַפֿט מוזען זיין פֿריי. ווען איך דאַרף זיך דערמאָנען פּונקטען אָדער ווערטער, ווער איך אַ צוטומעלטער. מײַנע בעסטע רעדעם זייִנען אימער געווען די, וואָם איך האָב געהאַלטען „עקספּראָמט", אָהן שום צוגרייטונג. די שטאַרקסטע שטעלען און פּונקטען פֿלעגען זיך אַרויסרייסען אויפֿ׳ן אָרט. אָפֿט פֿלעג איך דיזעלבע רעדע איבערזאָגען אין עטליכע פֿלעצער. אָבער נאָר איהר אַלגעמיינעם אינהאַלט, די הויפֿט-געדאַנקען מיט די משלים אפֿשר, אָבער ניט די ווערטער און פֿראַזען, ניט די אויסערליכע פֿאָרמע. און אפֿילו אין דעם אינהאַלט פֿלעגען אויך יעדעם מאָל אַרויסקומען גרויסע ענדערונגען.

אײַנבילדונגם-קראַפֿט איז דער קוואַל פֿון מײַן מעלה אַלם רעדנער, אָבער אויך פֿון מײַן גרעסטען חסרון. זעהר אָפֿט, רעדענדיג פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע, שטעל איך זיך פֿאָר אַ בילד אַזוי דייטליך, אַז די אייִנצעלהייטען שטערען מײַן אויפֿמערקזאַמקייט צו דעם הויפֿט עניִן. זיי פֿאַרשלעפּען מיך אָפֿט אָן אַ זייט. איך לאָז זיך אַריין צו טיף אין אַ סצענע, וואָם האָט ניט קיין וויכטיגע שייכות צום עניִן, און פֿאַרליר די פּראָפּאָרציע, אָדער איך פֿאַרגעם אָן דעם עיקר. דאָם, צוזאַמען מיט מײַן היציגער נאַטור, מאַכט אַ צוזאַמענגעשטעלטע רעדע אונמעגליך פֿאַר מיר.

טיילען אָבער פֿון מײַנע רעדעם פֿלעגען זיין הויך-אָראַטאָריש, אין דעם בעסטען זין פֿון דעם אויסדרוק; גייסטרייך, פֿאַרבען-רייך, שעהן, שטאַרק, איינדרוקספֿול. זיי פֿלעגען פֿון זיך אַליין אַזוי אַרויסקומען. איך פֿלעג ריידען מיט אויפֿריכטיגער באַגייסטערונג, מיט אַ פֿייער וואָם האָט אַרויסגעפֿלאַמט פֿון מײַן האַרצען. ליידענשאַפֿט און אײַנבילדונגם-קראַפֿט האָט מיר קיינמאָל ניט געפֿעלט. און דאָם האָט זיך ביי מיר געלאָזט פֿיהלען אויף217דער פּלאַטפּאָרמע — ניט נאָר אין מיינע אַגיטאַציאָנס-רעדעס אָדער פּעסט-רעדעס, נאָר אויך אין מיינע לעקטשורס.

אַן אויסשפּראַך האָב איך אַ קלאָרע, און אַ שטימע אַ הויכע, אַ קלינגענדע. מיך האָט מען געקענט הערען אין יעדען ווינקעל פֿון דעם גרעסטען זאַל, און ווען איך פֿלעג ריידען אונטער'ן פֿרייען הימעל, האָבען מיינע ווערטער געהילכט מיט דייטליכקייט ווייט אַרום.

אומעטום פֿלעגט קומען אַ גרויסער עולם און ער פֿלעגט זיצען אָדער שטעהן ווי אַ געשפּאַנטער.

אין מיינע רעדעס פֿלעג איך מאָלען בילדער. איך האָב אַלץ געזעהן ווי פֿאַר די אויגען, און איך האָב זיך יעדע זאַך פֿאָרגעשטעלט אַזוי דייטליך, אַז די צוהערער האָבען איהר אויך געזעהן ווי פֿאַר די אויגען. און עס פֿלעגען זיך אַרויסרייסען בולט'ע העלע שילדערונגען, קרעפֿטיגע אויסדרוקען, אָפֿט אַ שטיק הומאָר אָדער שפּאַס, וועלכער פֿלעגט אַרויסרופֿען אַן אויסברוך פֿון געלעכטער.

עס זיינען אָבער אויך געווען גענוג ביליגע שטעלען, קללות זאָגאַר.

מיט ווערטער פֿלעג איך זיך ניט באַנוגענען. ניט ווילענדיג, פֿלעג איך מיט האַוואַיעס און מיט באַוועגונגען פֿון די הענט, צוגעבען שטריכען צו דעם בילד. צום ביישפּיל: אין אַ רעדע געגען דער סוועטינג סיסטעם שטעל איך פֿאָר ווי אַן אַרבייטער נעכטיגט אין אַ סוועט-שאַפּ, ווייל ער אַרבייט ביז שפּעט אין דער נאַכט און מוז אויף מאָרגען פֿאַרטאָג ווידער קומען צו דער אַרבייט. דערביי ווייז איך ווי ער ליגט אויף די באַנדלער; מיט אַ מינע דריק איך אויס ווי שמוציג דער שאַפּ איז, ווי פֿון שמוץ און ענגשאַפֿט קומען אַרוים קראַנקהייטען, ווי דער אַרבייטער הוסט, ווי אין איהם ווערט ענטוויקעלט שווינדזוכט.

אָדער, ערקלערענדיג די גרונט-געדאַנקען פֿון דער ווינישער טעאָריע, נעהם איך אַלס ביישפּיל אַ זשיראַף און ערקלער ווי די לאַנגע האַלז און הויכע פֿאָדערשטע פֿיס זיינען איהר נויטיג צו דערגרייכען די בלעטער פֿון בוימער, מיט וועלכע זי שפּייזט זיך, און ווי דורך דעם איז אַרויסגעקומען אַ מין218באַשעפֿעניש, וואָס האָט זעהר אַ לאַנגע האַלז מיט זעהר הויכע פֿאָדערשטע פֿיס. אַלזאָ, ווען איך פֿלעג דאָס אַלץ ערקלערען, פֿלעגען זיך ביי מיר ניט ווילענדיג אויפֿהויבען די הענט און די קאָפּ, און מיט אַ פֿאַר באַוועגונגען פֿלעג איך ווייזען ווי אַ זשיראַף דערגרייכט די בלעטער פֿון אַ בוים.

איך האָב געהאַלטען צעהנדליגע פֿאַרשידענע רעדעס אויף פֿאַרשידענע טהעמעס מיט פֿאַרשידענע געדאַנקען, בילדער, משלים, איינפֿעלע. איך וועל דאָ געבען דעם עיקר פֿון אַ פֿאָר פֿון די רעדעס, וועלכע פֿלעגען דאַן האָבען אַ גרויסען ערפֿאָלג.

איך שטעל פֿאָר ווי אין ניו יאָרק קומט אַ פֿרעמדער, וואָס האָט קיין באַגריף ניט וועגען אַ רעפּובליק. איך זאָג איהם, אַז די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען זיינען אַ רעפּובליק. ער פֿרעגט ביי מיר וואָס דאָס איז אַזוינס; און איך ערקלער איהם, אַז דאָס איז אַ מדינה אָהן אַ קיסר; אַלע זיינען גלייכע בירגער; זיי ערוועהלען אַ פּרעזידענט אויף אַ געוויסע צייט און דערנאָך ערוועהלען זיי אַן אַנדערען. דאָס גאַנצע פֿאָלק איז דער בעל-הבית איבער דער רעגירונג. וועגען אַלץ פֿרעגט מען ביי איהם אַ דעה. איך פֿיהר דעם גאַסט איבער'ן שטאָדט.

— דאָס איז אונזער פּאָליציי-געביידע — זאָג איך צו איהם, אָנווייזענדיג אויף די פּאָלים העדקוואָדערס.

דאַן פֿיהר איך איהם צו צו אַנאַנדער מויער און זאָג: „דאָס איז אונזער ראַטהויז, אונזער „סיטי האָל". און דאַן צו אַ דריטע הויז, וועלכע איך שטעל פֿאָר איהם אַלם „אונזער פּאָסט".

מיר געהען ווייטער. דער גאַסט זעהט זעהר אַ גרויסע שעהנע סטאָר.

— און דאָס וואָס איז? — פֿרעגט ער.

— וואַנאַמייקער'ס סטאָר, — זאָג איך.

— ווער איז דער וואַנאַמייקער?

— איינער פֿון אונזערע בירגער. ס'איז זיין געשעפֿט.

דער פֿרעמדער פֿרעגט: „אויף יענע געביידעם האָט איהר219אַלץ געזאָגט „אונזער" און אויף דעם זאָגט איהר „זיין". פֿאַרוואָס?

איך ערקלער איהם, אַז יענע זיינען קהל'שע געביידעם, און דיזע ניט. יענע געהערען צו דער רעפּובליק; דיזע, ווידער, איז אַ פּריוואַטע בילדינג; דער גאַנצער געשעפֿט איז אַ פּריוואַטער — מיסטער וואַנאַמייקער'ס.

מיר שפּאַצירען ווייטער. איך ווייז איהם אַ גרויסע מאַשין-פֿאַבריק און זאָג איהם, אַז דאָס געהערט צו מיסטער דזשאָנס'ן. דאַן געהען מיר פֿאַרביי אַ באַנק; איך רוף אָן דעם נאָמען פֿון מיסטער מעקעלווי, און זאָג, אַז ער איז דער בעל הבית.

מיר געהען ווייטער און ווייטער. מיר שטעלען זיך אָפּ ביי אַ גרויסען וואָקזאַל און איך זאָג, אַז דער אייזענבאַהן איז מיסטער וואַנדערבילט'ס. ווען מיר דערזעהען אַ טעלעגראַף-אָפֿים, זאָג איך איהם, אַז דער באַלעבאָס הייסט מיסטער גולד.

— זיינען די דאָזיגע געשעפֿטען רעפּובליקען? — פֿרעגט דער פֿרעמדער — איך מיין די מאַשין-פֿאַבריק, די סטאָר, דער וואָקזאַל, דער טעלעגראַף, דער באַנק. זיינען זיי אַלע רעפּובליקען? ערוועהלט מען פֿאַר זיי אַ פּרעזידענט אויף אַ געוויסע צייט? איז דאָס גאַנצע פֿאָלק אַ באַלעבאָס איבער זיי? פֿרעגט מען ביי איהם אַ דעה ווי דאָס אַלץ צו פֿיהרען?

— ניין, — ענטפֿער איך — דאָס זיינען אַלץ פּריוואַטע זאַכען. יעדער געשעפֿט געהערט צו איין בירגער אָדער צו אַ גרופֿע בירגער, וועלכע מען רופֿט קאָמפּאַניע. זיי זיינען די באַלעבאַטים. זיי קענען טאָן מיט דעם וואָס זיי ווילען. קיין אַנדערער קען זיך ניט מישען.

דער גאַסט איז אַ איד, וואָס האָט ליעב צו פֿרעגען קשיות, און ער פֿרעגט:

— הייסט עס, אַז מיסטער דזשאָנס איז אַ קיסר איבער דער פֿאַבריק, וואָס איהר האָט מיר געוויזען?

איך מוז מודה זיין אַז יאָ.

— הייסט עס, אַלזאָ, — פֿרעגט ער ווייטער — אַז די פֿאַבריק איז ניט קיין רעפּובליק, נאָר אַ מאָנאַרכיע?

איך האָב קיין ברירה ניט; איך מוז זאָגען „יאָ".220— און מיסטער וואַנאַמייקער איז אַ קיסר איבער יענער סטאָר? — פֿרעגט ער ווייטער — און מיסטער מעקעלווי איז אַ קיסר איבער'ן באַנק, און מיסטער וואַנדערבילט איז אַ קיסר איבער דעם אייזענבאַהן?

איך האַלט אין איין שאָקלען מיט'ן קאָפּ און זאָגען „יאָ". איך האָף אַז דער קשיה-פֿרעגער וועט ענדליך מיעד ווערען פֿרעגענדיג. איך האָב אָבער אַ טעות. ער האָט ווידער אַ קשיה, אַ שפּאָנגעל-נייע:

— איהר זאָגט, אַז די פּאָסט געהערט צו אייער רעפּובליק, און די פֿאַבריק צו מיסטער דזשאָנס'ן. לאָמיר זעהן: וויפֿיל צייט פֿאַרברענגט אייערער אַ בירגער אויף דער פּאָסט? אפֿשר עטליכע מינוט אין אַ מאָנאַט. ער כאַפּט זיך אַריין אווועקצושיקען אַ בריף אָדער קויפֿען מאַרקעס. און אין אייער ראַטהויז פֿאַרברענגט ער מסתמא נאָך ווענינגער. אין מיסטער דזשאָנס'עס פֿאַבריק אָבער פֿאַרברענגען די אַרבייטער אַ גאַנצען טאָג. און דאָסזעלבע איז מיט די פֿריקאַשטשיקעס, וואָס אַרבייטען ביי מיסטער וואַנאַמייקער'ן אין סטאָר. ניט אמת?

— אמת, אָבער וואָס ווילט איהר מיט דעם אויספֿיהרען?

— איך וויל אויספֿיהרען, אַז דער אַרבייטער געפֿינט זיך אַ גאַנצען טאָג אין אַ מאָנאַרכיע, ער איז אַן אונטערטאָן ביי אַ קיסר, און בלויז איינינגע ·מינוטען האָט ער צו טאָן מיט דער רעפּובליק, וואו ער איז אַ בירגער און האָט אַ דעה.

— אָבער ניט אימער אַרבייט מען דאָך, — ענטפֿער איך איהם אויף זיין אַרגומענט, — ווען מען קומט פֿון דער פֿאַבריק אַהיים, לעבט מען דאָך אין אַ רעפּובליק.

— אמת, — מוז דער קשיא-איד צוגעבען, — אָבער ביי זיבען שטונדען שלאָפֿט מען דאָך, און דאַן מאַכט דאָך ניט אויס צי עס חלום'ט זיך אַ רעפּובליק צי אַ מאָנאַרכיע. און ווען עס איז ניטאָ קיין אַרבייט, איז אויך קיין אונטערשיד ניט צי מען הונגערט ביי אַ פּרעזידענט, צי ביי אַ צאַר. ווען מען האָט יאָ אַרבייט, און קיין נאַכט-אַרבייט איז ניטאָ, בלייבט אַלזאָ נאָר ביי דריי-פֿיער שעה ווען מען לעבט אין אַ רעפּובליק, אין פֿאַרגלייך מיט די צעהן שעה ווען מען איז ביי אַ צאַר. די221גרעסטע טייל פֿון לעבען, די וויכטיגסטע שטונדען, פֿאַרברענגט דער אַרבייטער, אַלזאָ, אָהן שום בירגער-רעכט. היינט פֿאַרוואָס זאָגט איהר, אַז אייער אַמעריקא איז אַ רעפּובליק?

דער אויספֿיהר איז, אַז אַן אמת'ע רעפּובליק וועט מען האָבען ערשט דאַן, ווען דער אַרבייטער וועט זיין אַ בירגער אויף דער פֿאַבריק אָדער אין דער מינע, אויפֿ'ן באַהן אָדער אויף דער שיף; ווען די פֿאַבריקען, די באַהנען, די מינעס, די שיפֿען וועלען געהערען ניט צו דעם אָדער צו יענעם, נאָר צו אַלעמען, אַזוי ווי דער פּאָסט-אָפֿים איז היינט.

דערביי פֿלעג איך שטעלען די פֿראַגע: די וואַסער פֿון שטאָדערט געהערט צו גאַנץ קהל. די קוילען-מינען אָבער זיינען פּריוואַט-אייגענטום. פֿאַרוואָס זאָל זיין אַזאַ אונטערשיד? דאַרפֿען מיר דען ניט האָבען פֿייער אַזוי גוט ווי וואַסער? און וואָס איז מיט ברויט? אויב מען קען שיקען אייער בריף דורך אַ קהל'שער — דאָס הייסט דורך אַ סאָציאַליסטישער — פּאָסט, און אויב מען קען אייך באַזאָרגען מיט וואַסער אויף אַ סאָציאַליסטישען שטייגער, טאָ פֿאַרוואָס זאָל מען אייך ניט באַזאָרגען מיט אַלע אַנדערע נויטיגע זאַכען אויפֿ'ן זעלבען שטייגער? און אויב דער פּאָסט-באַאַמטער איז אָנגעשטעלט פֿון קהל, ניט פֿון אַ קיסר, פֿאַרוואָס זאָל דאָס זעלבע ניט זיין מיט אַלע אַרבייטער?

דאָס איז נאָר דער עיקר געדאַנק. איך פֿלעג די טעמא ענטוויקלען מיט איינצעלהייטען, מיט בילדער.

אין אַן אַנדער רעדע פֿלעג איך פֿאָרשטעלען ווי מיט הונדערט יאָהר צוריק זאָגט איינער פֿאַראויס דעם טעלעפֿאָן. ער זאָגט נביאות, אַז עס וועט קומען אַ צייט, ווען אַ מענש וואָס געפֿינט זיך אין ניו יאָרק און אַ מענש וואָס געפֿינט זיך אין שיקאַגאָ וועלען שמועסען צווישען זיך אַזוי ווי זיי וואָלטען געזעססען ביי איין טיש. איך פֿלעג אויך פֿאָרשטעלען ווי פֿאַר הונדערט יאָהרען האָט אויך איינער פֿאַראויסגעזאָגט דעם פֿאָנאָגראַף. ער זאָגט אַז עס וועט קומען אַ צייט, ווען אַ מענשען'ס רייד וועט מען קענען באַהאַלטען ווי מען באַהאַלט געלט אָדער פּאַפּירען,222און שפּעטער, אין אַ מאָנאַט אָדער אין אַ יאָהר, אָדער זאָגאַר אין הונדערט יאָהר אַרום, וועט מען זיי קענען אַרויסנעהמען און ווידער הערען; די זעלבע ווערטער פֿון דעם זעלבען מענשען וועלען הילכען, אַזוי ווי ער אַליין וואָלט דאָס גערעדט, הגם ער איז שוין אפֿשר לאַנג טויט *.

ווען אימעצער וואָלט אַזאַ זאַך פֿאַראויסגעזאָגט אין דעם זיעבצעהנטען אָדער אַכצעהנטען יאָהר-הונדערט, וואָלט מען איהם גערופֿען טרוימער און אויסגעלאַכט. מען איז דאַן געווען איבערצייגט אַז דאָס איז אונמעגליך. עס איז געגען דער נאַטור פֿון דער וועלט, און די וועלט איבערמאַכען קען מען ניט, וואָלט מען ערקלעהרט.

אָבער היינט רעדט מען פֿון ניו יאָרק ביז שיקאַגאָ פּונקט ווי ביי איין טיש; און היינט האָבען מיר אַזאַ זאַך, אין וועלכער מען קען באַהאַלטען דעם מענשען'ס שטימע און זיינע ווערטער, און דערנאָך קען מען זיי ווידער הערען, כאָטש ער איז גאָר דערביי ניטאָ, אָדער ער איז שוין לאַנג טויט.

עס הייסט אַלזאָ, אַז אין בעצוג צו די דאָזיגע צוויי זאַכען האָט מען די וועלט יאָ איבערגעמאַכט.

און וואָס זאָגען סאָציאַליסטען פֿאָר? אַז עס וועט קומען אַ צייט, ווען יעדער וועט זיין זיכער מיט זיין ברויט און מיט זיין דירה, ווען קיינער וועט ניט זיין געצוואואונגען צו אַרבייטען ביי אַ צווייטען; ווען די וואָס שאַפֿען כל טוב וועלען ניט לעבען אין נויט, און כל טוב וועט ניט געהערען צו די וואָס שאַפֿען גאָר ניט.

אין פֿאַרגלייך מיט דער ערפֿינדונג, וועלכע מאַכט מעגליך צו ריידען פֿאַר הונדערטע מיילען, אָדער צו הערען דעם מענשען'ס שטימע נאָך זיין טויט, איז דאָך דאָס אַ קלייניגקייט. דאָך זאָגט מען אונז, אַז וואָס מיר זאָגען פֿאָר קען ניט פֿאַרווירקליכט ווערען; אַז די וועלט קען מען ניט איבערמאַכען.

דאָ פֿלעג איך ערקלעהרען ווי די וועלט פֿלעגט זיך פֿיהרען223אַמאָל און ווי זי פֿיהרט זיך איצט; ווי פֿריהער זיינען די פּריצים געווען די הערשער און היינט זיינען דאָס די קאַפּיטאַליסטען. און מיין שלום איז געווען: ניט נאָר קען מען איבערמאַכען די וועלט, נאָר זי ווערט איבערגעמאַכט.

אויף דיזען אַרט פֿלעג איך מיינע צוהערער געבען צו פֿאַרשטעהן דעם עיקר פֿון דער מאַרקסיסטישער פֿילאָזאָפֿיע.

— אַלזאָ, וועט מען די וועלט איבערמאַכען, — פֿלעג איך אויספֿיהרען, — די קאַפּיטאַליסטען וועלען אַראָפּ פֿון זייער טראָן, פּונקט ווי די פּריצים זיינען אַראָפּ. דער אַרבייטער וועט ווערען דער הערשער. אַלע וועלען זיין אַרבייטער, יעדער אין זיין פֿאַך, און אַלע וועלען זיין בעלי-בתים, אַלע צוזאַמען.

איך פֿלעג קיינמאָל ניט פֿאַרפֿעהלען צו ערקלעהרען, אַז פֿון זיך אַליין וועט דער סאָציאַליזם ניט קומען; אַז ער קען דערגרייכט ווערען נאָר דורך קאַמף, דורך דעם עקאָנאָמישען און פּאָליטישען קלאַסען-קאַמף פֿון די אַרבייטער געגען די קאַפּיטאַליסטען. אויך פֿלעג איך ערקלעהרען אַז דער משל איז ניט מעהר ווי אַ משל; אַז די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע פֿיהרונגען פֿון דער מענשהייט קענען דורך אַן ערפֿינדונג ניט געענדערט ווערען; אַז די ענדערונג קומט פֿון די אומשטענדען, פֿון ענטוויקלונג. פֿון ענטוויקלונג, אָבער ניט אָהן קאַמף.

אין רעדע מיינע איז געווען פֿאַרבונדען מיט דער פֿראַגע פֿון גליק און מיט דער פֿראַגע פֿון רעליגיעזע געפֿיהלען. איך האָב איהר צוערשט געהאַלטען אויף ענגליש און דערנאָך אויף אידיש. זי איז באַשטאַנען פֿון די פֿאָלגענדע געדאַנקען:

פּריוואַט-אייגענטום פֿאַרדאַרבט די מענשליכע נאַטור. ווען אַ געזעלשאַפֿט איז געגרינדעט אויף „מיינע" און „דיינע", ענטוויקעלט זי עגאָאיזם און רואינירט פֿריינדשאַפֿט. ווען איינער פֿון צוויי פֿריינד ווערט רייך און דער אַנדערער בלייבט אָרים, וואַקסט צווישען זיי אוים אַ וואַנט. אפֿילו צוויי ברידער ווערען אָפֿגעפֿרעמדט דורך אַזאַ אורזאַכע.

דורך פּריוואַט-אייגענטום ענטוויקעלט זיך אין מענשען אַ224באַגעהר אַווועקצונעהמען, באַרויבען, צו האָבען אַ סך מעהר ווי יענער.

דער רייכער האָט הנאה ניט נאָר פֿון זיין לוקסוס, נאָר אויך פֿון דעם באַוואוסטזיין, אַז דאָס איז אַ זעלטענע זאַך. ער האָט תענוג ניט נאָר פֿון זיין גוטער שפּייז און פֿון זיין וואַרימען פֿוטער, נאָר אויך פֿון דעם פֿאַקט אַז אַנדערע האָבען ניט און ער האָט יאָ; פֿון דעם פֿאַקט, אַז בשעת ער עסט געשמאַקע מאכלים און טראָגט שעהנע ווארימע קליידער, גַעהען טויזענטער אַנדערע מענשען אום הונגעריג און נאַקעט.

ברענגט פּריוואַט-אייגענטום אמת'ען גליק? ניין! גליק געפֿינט מען אין פֿריינדשאַפֿט, ניט אין עגאָאיזם. אויב ניט, פֿאַרוואָס איז אַן איינזאַמער מענש מענש עלענד? פֿאַרוואָס בענקט ער נאָך אַ חבר? און אמת'ע פֿריינדשאַפֿט איז אין אַ „מיינע-דיינע" געזעלשאַפֿט אונמעגליך. יעדער ציהט צו זיך. ניטאָ קיין טריייהייט. מען איז ביטרע, פֿאַלש. אַלזאָ איז ניטאָ קיין גליק.

ווייל עס איז ניטאָ קיין גליק אויף דער ערד, זוכט מען איהר אין הימעל! מיר זעהען ווי מענשען, וועלכע גלויבען ניט אין גאָט, גַעהען אין קירכע. פֿילע טוען דאָס צוליב ביזנעס אָדער ווייל צו געהן אין קירכע איז אַ „בכבוד'ע" זאַך. אָבער ניט אַלע. פֿאַרהאַן אַזעלכע, וואָס געהען אין קירכע ווייל זייער האַרץ זוכט אַן אָפּרוה פֿון דעם גראָבען עגאָאיזם, וועלכער פֿילט אָן זייער אַלטעגליכען לעבען. זיי גלויבען ניט אין גאָט; זיי שטעלען זיך איהם נאָר פֿאָר, אַזוי ווי אַ פּאָעט שטעלט זיך פֿאָר אַ בילד. זיי סטאַרען זיך צו שילדערען אַ הויכען, נאָבעלען גייסט, און זיי פֿאַרברענגען אַ פּאָר שעה אין אַן עהרליכער, ניט-עגאָאיסטישער שייכות מיט איהם. קיין ביזנעס טוען זיי מיט איהם ניט. קיין ניט-פֿעריגינעריי פֿיהלען זיי צו איהם ניט. קיין מורא האָבען זיי ניט פֿאַר איהם. האָבען זיי ליב מיט איהם זיך צו חבר'ען. זיי מוזען זוכען אַ חבר אין הימעל, ווייל זיי קענען איהם ניט געפֿינען אויף דער ערד. זיי מוזען זוכען גליקליכע מינוטען ביי גאָט, ווייל זיי קענען זיי ניט געפֿינען ביי מענשען.

דער סאָציאַליזם ווייזט זיי אָבער ווי צו זיין גליקליך אויף דער ערד. זאָל אָפּגעשאַפֿט ווערען די „מיינע און דיינע", די געדונגענע225אַרבייט און די קאָנקורענץ; זאָל דער פֿונדאַמענט פֿון דער געזעלשאַפֿט זיין גליכהייט און ברידערליכקייט, און אָנשטאָט ניט-פֿאַרגינעריי און רויבעריי וועט ענטוויקעלט ווערען פֿריינדשאַפֿט; און דאָס איז גליק.

ווען איך האָב געהאַלטען ביי דעם פּונקט וועגען דעם עגאָאיזם פֿון „מיינע" און „דיינע", פֿלעג איך פֿאָרשטעלען אַ בילד ווי צוויי מענשען זיצען, יעדער מיט אַ לעבעל ברויט צוגעטוליעט צום האַרצען. אויף יעדען'ס פּנים ליגט אַן אויסדרוק פֿון חשד, פֿון בייזוויליגקייט. „עס איז מיינע! עמיע ניט אָנצוריהרען!" דאָס איז אַ בילד פֿון אָפּגעזונדערטערקייט, פֿון שנאה, עס שמעקט מיט די חיות פֿ' וואַלד...

דעם סאָציאַליזם ווידער האָב איך פֿאָרגעשטעלט אין דער געשטאַלט פֿון צוויי חברים וואָס עסען פֿון דעם זעלבען לעבעל ברויט. זיי טיילען זיך מיט'ן ביסען. אויף זייערע געזיכטער שיינט אַן אויסדרוק פֿון צוטרוי, פֿון געגענזייטיגער גאַסטפֿריינדליכקייט, פֿון אמת'ער מענשען-ליבע.

פֿון דעם ערשטען בילד געהט אַ קעלט. דער צווייטער וואַרימט דאָס האַרץ.

פֿאַר די וואַהלען פֿלעגט אונז אויסקומען צו ריידען געגען די וואָס פֿאַרקויפֿען זייער שטימע פֿאַר אַ פּאָר דאָלאַר. דאָס האָב איך אין איניגע שטעדט פֿאָרגעשטעלט אויף דעם פֿאָלגענדען אופֿן:

אין רוסלאַנד האָבען די אידען ניט קיין בירגער-רעכט. שטעלט אייך פֿאָר, אַז מען זאָגט אין בערדיטשעוו, וואַרשא אָדער ווילנא, אַז מען וועט אידען געבען בירגער-רעכט. איין מאָל אַ יאָהר וועלען פֿאַרקומען וואַהלען. די איינוואוינער וועלען זיין סיטיזענס און דער איד וועט האָבען די זעלבע „פּראָוועס" ווי דער קריסט; אַלע אידען וועלען וואָטען וועגען רעגירונגס-פֿראַגען; מען וועט ביי זיי פֿרעגען אַ דעה ווי אַזוי מען זאָל פֿיהרען די מלוכה. זאָגט אונזערע ברידער פֿון דער אַלטער היים, אַז עס וועט באַלד קומען אַזאַ צייט, וועלען זיי אייך צוהערען מיט אַ זשעדנעם בליק אין די אויגען. ווי דערלעבט מען שוין דאָס?—226וועלען זיי זאָגען מיט אַ זיפֿץ. גלייכע מענשען-רעכט ווערט דאָרט באַטראַכט אַלס אַן אוצר. שטים-רעכט איז אין אַ הייליגטום.

און מיר? מיר קומען אהער אין אַמעריקא, און דאָס וואָס איז דאָרט אַ באַגעהר, אַ טרוים אַ טיערער, איז ביי אונז אַ ווירקליכקייט. מיר האָבען די זעלבע רעכט ווי אַלע, מיר האָבען שטים-רעכט. היינט שטעלט אייך פֿאָר, אַז דאָרטען, אין אונזער אַלטער היים, פֿרעגט מען: „ווי אַזוי פֿיהרען זיך אונזערע ברידער אין אַמעריקע? וואָס טהוען זיי מיט זייער שטים-רעכט?"

שטעלט אייך פֿאָר, אַז מען דערצעהלט זיי:

„אונזערע לאַנדסלייט דאָרטען אין אַמעריקא פֿאַרקויפֿען זייער שטים-רעכט פֿאַר אַ פּאָר דאָלאר".

איך פֿלעג פֿאָרשטעלען וואָס פֿאַר אַ שרעקליכען איינדרוק דאָס וואָלט געמאַכט: די הייליגסטע זאַך פֿאַרקויפֿט מען פֿאַר אַ טאָפּ לינזען!

כמעט אַלע משלים, וואָס איך פֿלעג געבען געגען דעם אַנאַרכיזם, פֿלעגען צו מיר קומען אויפֿ'ן אָרט, אין דעם רעכטען פֿלאַם פֿון אַן ענטפֿער אויף אַן אַרגומענט, וואָס אַן אַנאַרכיסט פֿלעגט אַרויסשטעלען געגען מיר אין דער פֿרייער דיסקוסיע, נאָך מיין לעקטשור.

אַלס סעמפּעל וועל איך דאָ ברענגען דעם פֿאָלגענדען פֿאַל:

איך דעבאַטיר אויף אַ מיטינג אין פֿילאַדעלפֿיא מיט גאַרדאָן'ען, איינער פֿון די וויכטיגסטע רעדנער ביי די אַנאַרכיסטען. מיט ברענענדיגע ווערטער שטעלט ער פֿאָר וואָס פֿאַר אַ שאַנדע עס איז פֿאַר אַרבייטער-פֿאָרשטעהער צו זיצען אין איין פּאַרלאַמענט מיט די פֿאָרשטעהער פֿון קאַפּיטאַליסטישע רויבער. אין מיין ענטפֿער ערקלעהר איך, אַז סאָציאַליסטישע דעפּוטאַטען געהען אין פּאַרלאַמענט מיט דעם צוועק אויפֿצודעקען די רויבעריי פֿון קאַפּיטאַל — אַז יעדע רעדע פֿון אַ סאָציאַליסטישען דעפּוטאַט לאָזט דעם עולם וויסען אַז דער אַרבייטער ווערט באַ'גנב'עט און אונטערדריקט.

„אונזערע דעפּוטאַטען געהען אין פּאַרלאַמענט שרייען „כאַפּט אַ גנב!" — זאָג איך — „מיר שרייען דאָס אין אונזערע רעדעס227פֿאַר די וואַהלען, און אונזערע אויסערוועהלטע טוען דאָס אין די רעדעם וואָס זיי האַלטען אין פּאַרלאַמענט. און איהר אַנאַרכיסטען? איהר זאָגט, אַז מען טאָר ניט אַגיטירען פֿאַר די וואַהלען, ווייל דאָס הייסט פּאָליטיק, און פּאָליטיק איז טריף. און איהר ווילט ניט געהן אין פּאַרלאַמענט כאַפֿען די גנבים, ווייל עס פּאַסט אייך ניט צו זיצען אונטער איין דאַך מיט די פּאָליטישענס. איהר קומט אָפּ מיט ווערטער וועגען רעוואָלוציע."

דאָ האָב איך גענומען שילדערען אַ סצענע ווי אין מיטען נאַכט וועקט אַ פֿרוי איהר מאַן און זאָגט איהם, אַז עס איז דאָ אַ גנב אין שטוב. דער מאַן פֿוילט זיך אָבער אויפֿצושטעהן.

„לאָז מיך צורוה — זאָגט ער פֿאַרשלאָפֿענערהייט — מיט קיין גנב פּאַסט מיר ניט צו האָבען אַן עסק".

דאָס האָט אַרויסגערופֿען אַ שטורם פֿון געלעכטער.

איך האָב די סצענע געשילדערט אַזוי ווי אַ סצענע אין אַ קאָמעדיע. דעם פֿאַרשלאָפֿענעם מאַן האָב איך גערופֿען מיט אַ נאָמען — „זלמן". די פֿרוי וועקט איהם און זאָגט איהם אויפֿ'ן אויער: „זלמן! זלמן! עס איז דאָ אַ גנב אין שטוב." אָבער זלמן פֿוילט זיך אויפֿצושטעהן.

די ווערטער: „זלמן, עס איז דאָ אַ גנב אין שטוב", און זלמן'ס ענטפֿער: „מיט גנבים שטעהט מיר אָן ניט צו האָבען אַן עסק" האָט מען דערנאָך געהערט אומעטום, וואו אונזערע גענאָסען האָבען „געקיבעצט" אַנאַרכיסטען.

ביי דער סאַמע פּלאַטפֿאָרמע, אָנשפּאַרענדיג זיך אויף איהר מיט ביידע הענט, איז געזעסען אַ יונגער אַנאַרכיסט. זיינע אויגען האָבען געקוקט ארויף צו מיין פּנים צו. ווען דער עולם האָט זיך צולאַכט אויפֿ'ן קול, און איך בין געשטאַנען מיט אַ שמייכעל און געוואַרט ביז דער ליארם וועט איבערגעהן, האָט ער צו מיר אויסגעשריען מיט אַ ווילדען כעס: „מאָגולעסקאַ! מאָגולעסקאַ!" (דאָס הייסט, אַז איך בין ניט קיין דעבאַטאַנט, נאָר אַ קאָמיקער).

ווען איך בין געווען אין אַ קאַמף שטימונג, אָדער ווען איך פֿלעג זיך אָנוואַרימען ערקלעהרענדיג אַ געדאַנק, פֿלעגט זיך אַרויסרייסען אַ שטראָם פֿון פֿלאַמענדע, אָפֿט אינטערעסאַנטע ווערטער, העלע בילדער, וואַרימע אויסרופֿען. פֿאַרקעהרט, ווען איך228בין ניט געווען אין דער שטימונג, האָט קיין זאַך ניט געהאָלפֿען און די רעדע פֿלעגט זיין ניט קיין גראָטענע.

ווען איך פֿלעג זיך צוריידען וועגען דער צייט ווען דער סאָציאַליזם וועט פֿאַרווירקליכט ווערען, אָדער ווען רוסלאַנד וועט אַראָפּוואַרפֿען פֿון זיך איהרע טיראַנען, פֿלעגט מיין פֿאַנטאַזיע זיך צושפּילען. מיט אַ געהויבענער שפּראַך, מיט פֿאַרבענפֿולע סצענעס, פֿלעג איך דאַן מאָלען „די ליכטיגע צייט". אין איין רעדע אַזעלכער, אין ניו-אױרווינג האָל, אױפֿ'ן קאָרנער ברום און עססעקס סטריט, האָב איך געשילדערט ווי די קומענדע דורות וועלען פֿייערען אַ יאָהרעס-פֿעסט צום אָנדענקען פֿון אַלע פֿרייהייטס-מאַרטירער: אַ ריזיגער באַנקעט-זאַל, באַצירט מיט די סטאַטוען פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער, געפֿילהפֿולע רעדעם, כאָרען, אָרקעסטערס, רויטע פֿאָהנען, בלומען, צעהנדליגע טויזענטער באַגייסטערטע געזיכטער — דער עהרליבסטער און הייליגסטער יום-טוב, וואָס די מענשהייט האָט ווען עס איז געפֿיערט.

דער עולם איז אריינגעקומען אין אַזאַ ענטוזיאַזם, אַז אַלע האָבען זיך אויפֿגעשטעלט, אַפּלאָדירענדיג לכבוד דער גרויסער שמחה פֿון דער צוקונפֿט.

7
פֿיליפּ קראַנץ. — „די צוקונפֿט". — מאָריס הילקאָוויץ. — לואי מילער. — זאַמעטקין. — ב. פֿייגענבוים. — מאָריס ראָזענפֿעלד. — ג. זעליקאָוויטש.

פֿיליפּ קראַנץ איז אַוועקגעפֿאָהרען קיין שיקאַגאָ, און איך בין געוואָרען דער רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". דערנאָך איז קראַנץ געקומען צוריק און ער האָט גענומען שטודירען כעמיע. אין דער „אַרבייטער צייטונג" האָט ער צוביסלעך אַנטייל גענומען. און ווען איך פֿלעג אַוועקפֿאָהרען פֿון ניו יאָרק, פֿלעגט ער פֿאַרנעהמען מיין פּלאַץ.

מיר האָבען געגרינדעט דעם מאָנאַטליכען זשורנאַל „צוקונפֿט", און קראַנץ איז געווען דער רעדאַקטאָר.229מאָריס הילקאָוויץ האָט געענדיגט שטודירען לאָא און ענדערענדיג זיין נאָמען אויף הילקוויט, האָט ער אָנגעפֿאַנגען צו פּראַקטיצירען. ער האָט געהייראַט און האָט זיך פֿון דער אידישער באַוועגונג צוריקגעצויגען. דערנאָך האָט ער גענומען אַ טעטיגען אַנטייל אין דער אַמעריקאַנער טייל פֿון אונזער באַוועגונג, און, ווי מיר וועלען זעהן, האָט ער שנעל דערגרייכט אין איהר אַ הויכען פּלאַץ.

לואי מילער איז געבליבען טעטיג אי מיט דעם געשפּראָכענעם וואָרט, אי מיט דעם געשריבענעם; ער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אי אין דער „אַרבייטער צייטונג", אי אין דער באַוועגונג, מיט וועלכער זי איז געווען פֿאַרבונדען. אין דער צייטונג פֿלעגט ער ביישטייערען סעריעזע פּאָליטישע באַטראַכטונגען, און האָט זיך הויפּטזעכליך אויסגעצייכענט מיט ביסענדע פּאָליטישע אַרטיקלען. אַ גרויסען ערפֿאָלג האָט ער אויך געהאַט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. ער האָט זיך מעהר געקענט קאָנטראָלירען ווי איך, זיך האַלטען ביי די פֿאָראויסבאַטראַכטע פּונקטען און זאַצען. גלענצענדע איינפֿאַלען האָט ער געהאַט גענוג, און טעמפּעראַמענט האָט איהם אויך ניט געפֿעהלט. ער איז געווען אַ גלענצענדער רעדנער. מיר האָבען געהערט צו צוויי גאַנץ פֿאַרשידענע טיפּען אַגיטאַטאָרס.

דאָס איז אויך געווען די העכסטע צייט פֿון זאַמעטקין'ס ערפֿאָלגען אַלס רעדנער. און ער האָט געהערט שוין צו גאָר אַן אַנדער טיפּ. געשריבען האָט ער ווייניג.

אין דער „אַרבייטער צייטונג" האָט אין יענע פֿאָר יאָהר אויך געאַרבייט געציל זעליקאָוויטש. ער איז קיינמאָל ניט געווען קיין סאָציאַליסט. ער פֿלעגט אָבער פֿאַר אונז שרייבען פֿעליעטאָנען.

אין דער צייט, וואָס איך בין געווען אין לאָנדאָן, איז פֿון לאָנדאָן אָנגעקומען קיין ניו יאָרק ב. פֿייגענבוים. מיר האָבען איהם אַראָפּגעבראַכט אַלס שטענדיגען מיטאַרבייטער פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". ער איז אַ וואַרשאַוער. ער האָט זיך אויסגעהאָדעוועט ביי דער גמרא אין אַ חסיד'ישער וועלט.230שפּעטער האָט זיך ער באַזעצט אין אַנטווערפּען, וואו ער האָט געוואוינט אַ געוויסע צייט. דאָרטען איז ער באַקאַנט געוואָרען מיט די סאָציאַליסטישע אידעען. דערנאָך איז ער געקומען קיין לאָנדאָן און איז געוואָרען אַ מיטאַרבייטער אין דעם „אַרבייטער פֿריינד". איצט, אַלזאָ, איז ער אַראָפּגעקומען פֿון דאָרטען צו אונז, און איז געוואָרען אַ וויכטיגע קראַפֿט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" און אויך פֿון אונזער פּלאַטפֿאָרמע.

ער איז געווען אַן אויסגעצייכענטער רעדנער, און אַזוי ווי ער איז געווען אַ מענש מיט גלענצענדע פֿעהיגקייטען — מיט אַ גוטען זכרון און שאַרפֿען קאָפּ — איז ער גלייך געוואָרען אַ וויכטיגע קראַפֿט ביי אונז. ער האָט אימער געהאַט וואָס צו זאָגען, אימער אַ אינטערעסאַנטען איינפֿאַל, און ער פֿלעגט זיינע געדאַנקען אויך אַרויסברענגען מיט משלים. דער גמרא-גייסט האָט זיך שטאַרק געפֿיהלט אין זיינע רעדעם, און אויך אין זיין שרייבען.

אין יענער צייט האָט פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" געשריבען דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד. ווען איך בלעטער דורך די ערשטע צוויי יאָהר-גאַנגען, געפֿין איך דאָרטען פֿילע געדיכטען זיינע.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 202] אַ געוויסע צייט נאָך דעם ווי די דיזע שורות זיינען געשריבען געוואָרען האָב איך געזעהן אַן אַרטיקעל פֿון אַ קאָמוניסטישען וואָרט-פֿיהרער וועגען דעם ניו יאָרקער פֿאַריער-סטרייק פֿון 1926; און דאָרטען האָב איך איבערגעלעזען, אַז דער דאָזיגער סטרייק מיט זיין „רעוואָלוציאָנערקייט" „וואַרפֿט אַרויף אַ שרעק אויף דער וואַשינגטאָנער רעגירונג." אויב מיט 35 יאָהר צוריק זיינען מיר געווען נאַאיוו, און אונזער גאַנצע אַגיטאַציעשפּראַך איז נאָך געווען „גרין", איז איצט אזאַ טירוץ שוין אונמעגליך.

[ז׳ 207] די פּלאָמבעס זיינען איינגעפֿיהרט געוואָרען פֿון דעם רב הכולל, צו דינען אַלס אַ סימן אַז די הוהן איז כשר געקוילעט. די „אַרבייטער צייטונג" האָט דיזע סיסטעם שאַרף קריטיקירט, אַלס אַ פֿאַרזוך איינצופֿיהרען אַ קאָראָבקע (אַ „טאַקסע", אַן אָפּצאָהל) אין אַמעריקא.

[ז׳ 222] דער פֿאָנאָגראַף איז נאָך דאַן געווען כמעט אַ נייע זאַך, און אַזוי פֿאָלקאָם ווי ער איז געוואָרען מיט אַ יאָהר פֿופֿצעהן שפּעטער, איז ער נאָך דאַן ניט געווען.