231אָנפֿאַנג זומער, 1892, האָב איך זיך באַזעצט אין באָסטאָן אױף אַ געוויסער צײַט. איינע פֿון די אורזאַכען דערצו איז געווען אַ וואָונש צו אַרבייטען אין דער רײַכער באָסטאָנער ביבליאָטעק, אױף מײַן געפֿלאַנעוועטער ווערק וועגען דאַרוויניזם און סאָציאַליזם. אױך האָב איך געוואָלט גענויער באַקאַנט ווערען מיט דער עכט-אַמעריקאַנישער טייל פֿון אונזער באַוועגונג. וואָרים באָסטאָן איז דאַן נאָך געווען די הױפּט-שטאָדט פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, די הױפּט-שטאָדט פֿון „יענקי-לאַנד"; און אונזער פֿאַרטיי האָט דאָרט געהאַט אַ היבשען אַמעריקאַנישען ברענטש. מײַן וויכטיגסטע אַרבייט פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" האָט געקענט געטאָן ווערען פֿון דאָרטען אַזױ גוט ווי אין ניו יאָרק. וואָס אָנבאַטרעפֿט פּרנסה, איז אין די זומער מאָנאַטען די אײַווינינג סקול סיי-ווי-סיי צוגעמאַכט און פֿריוואַטע לעסאָנס האָט מען מיר פֿאַרשפּראָכען אין באָסטאָן.
איך האָב גענומען אַ צימער אין אַ צוויי-עטאַזשיגער הילצערנער הויז, אַ פּאָר טריט פֿון וואַשינגטאָן סטריט, די וויכטיגסטע גאַס אין באָסטאָן. די הויז האָט געהאַלטען אױף אַ „ליעם" אַ מיסעס מערריפיעלד, אַן עלטערע אַמעריקאַנישע פֿרוי, וועלכע איז געווען איינע פֿון די בעסטע רעדנערינס אין אונזער פֿאַרטיי. זי האָט פֿאַרדונגען פֿירנישד רומס. האָב איך בײַ איהר געדונגען אַ232גרויסען צימער מיט צוויי פֿענסטער און האָב זיך דאָרטען באַזעצט. איינער פֿון אונזערע ניו יאָרקער גענאָסען, אַ קאַרפּענטער, האָט מיט אַ קורצע צײַט פֿריהער פֿאַר מיר געמאַכט אַ שראַנק פֿאַר מײַנע ביכער, אַלם מתנה, האָב איך דעם שראַנק אַריבערגעבראַכט קיין באָסטאָן צוזאַמען מיט מײַנע ביכער און האָב זיך אײַנגעאָרדענט.
די שעהנע געבײַדע פֿון דער באָסטאָנער ביבליאָטעק, וועלכע געפֿינט זיך איצט אױף קאָפּלי סקווער, איז נאָך דאַן ניט געווען אױף דער וועלט. די באָסטאָנער ביבליאָטעק האָט זיך דאַן געפֿונען אױף בּאָילסטאָן סטריט, לעבען טרימאָנט. דאָס איז געווען בײַ אַכט אָדער צעהן מינוט גאַנג פֿון מײַן וואָוינונג. איך פֿלעג דאָרטען פֿאַרברענגען פֿילע שטונדען אַ טאָג. אַ היבשע צאָל ביכער האָב איך דאָרטען איבערגעלעזען און גאַנצע בערג מיט אױסצוגען האָב איך פֿון זיי פֿאַרשריבען.
לעסאָנס האָב איך געהאַט גענוג. זיי פֿלעגען זיך געוועהנליך אָנפֿאַנגען שפּעט נאָכמיטאָג און זיך ענדיגען שפּעט אין אָוונט, אױסער שבת-צו-נאַכט און זונטאָג אָוונט, וועלכע איז האָב איבערגעלאָזען פֿאַר מיטינגען. אין אַ פּאָר פּלעצער האָב איך געהאַט גאַנצע קלאַסען, צו עטליכע שילער אין אַ קלאַם.
מײַן הױפּט שפּײַז איז דאַן באַשטאַנען פֿון באָסטאָן בייקד ביגס, וועלכע האָבען מיר עראַינערט אָן אַ ווילנער טשאָלענט פֿון בעבלעך. איך האָב געגעסען באָסטאָן ביגס דרײַ מאָל אַ טאָג. שבת-צו-נאַכט אָדער זונטאָג אין דער פֿריה איז בײַ די יענקים פֿון ניו-ענגלאַנד אַן אַלטער מנהג צו עסען בייקד ביגס מיט ברוינעם ווייכען ברויט, אַ מין לעקעך. פֿלעגט מרס. מערריפיעלד מיר מכבד זײַן מיט דעם.
זי איז געווען אַן עהרליכע, גוטע פֿרוי, מיסעס מערריפיעלד, מיט אַ נאַטור וואָס האָט געשטרעבט צו אידעאַלען, און מיט אַ שעהנער מיטעל-יאָהריגער געזיכט, וועלכע איז געווען אײַנגעפֿאַסט אין שעהנע זילבער-ווייסע האָר. געבילדעט איז זי ניט געווען. אַן עכטער אַמעריקאַנער אָדער אַמעריקאַנערין פֿון די ניו-ענגלאַנד שטאַאַטען, וואָס איז קיינמאָל ניט געגאַנגען אין סקול233און קען ניט אױפֿשרײַבען אפֿילו אָן אדרעם, איז אַ גרויסע זעלטענהייט. מיסעס מערריפיעלד איז געווען אַזאַ זעלטענהייט. אָבער דעם סאָציאַליזם אין זײַנע הױפּט-פּרינציפּען האָט זי פֿאַרשטאַנען.
איהר רעדנער-קראַפֿט איז געווען אַ געבאָרענע פֿעהיגקייט בײַ איהר. זי האָט גערעדט אַ סך גלאַטער און גראַמאַטיקאַלישער ווי מען האָט געקענט ערוואַרטען לויט איהר אונגעבילדעטקייט. אמת, עס זײַנען געווען „הױכע" ווערטער, וועלכע זי פֿלעגט ניט אימער אַרײַנשטעלען וואָו זיי האָבען זיך געפּאַסט, און אזעלכע ווערטער פֿלעגט זי דוקא ליב האָבען צו געברויכען. אין סך הכל האָט זיך דאָס אָבער ניט שטאַרק געלאָזט מערקען.
איהרע רעדעם פֿלעגען בײַ איהר געהן פֿון האַרצען. מען האָט געקענט זעהן אַז זי גלויבט אין זיי. און דער אײַנפֿאַכער עולם פֿון באָסטאָן האָט איהר ליב געהאַט צו הערען. ווען זי פֿלעגט שטעהן אױף דער באָסטאָן קאָממאָן* און ריידען מיט איהר קלינגענדער שטימע און איהרע ווײַסע האָר האָבען געבלישטשעט אױף דער זון, פֿלעגט זײַן אַנגענעם פֿאַר'ן אויער און פֿאַר אויג.
באָסטאָן איז דאַן געווען אַ צענטער פֿון בילדונג, ליטעראַטור און גײַסטיגע באַוועגונגען אַלערליי, רעליגיעזע און געזעלשאַפֿט-ליכע, שעהנע און משונע'נע. אין קיין אַמעריקאַנער שטאָדט האָט מען אזױ ניט געשעצט אַן אידעאַליסט אָדער אַ „קרענק" מיט עפּעס אַ טעאָריע ווי אין באָסטאָן. צו מיסעס מערריפיעלד'ם סאָציאַליזם האָבען זיך איהרע קוואַרטיראַנטען פֿאַרהאַלטען מיט רעספּעקט (הגם דאָס פֿלעגט איינינגע פֿון זיי ניט שטערען צו פֿאַרשווינדען ניט באַצאָהלענדיג די עטליכע דאָלאַר וואָס זיי זײַנען איהר שולדיג געווען).
אין אַן אַמעריקאַנער פֿירנישד רום הויז זײַנען די „רומערס" דאָס רוב פֿרעמד איינער פֿון דעם אַנדערען. מען קען אָפֿטוואָינען234יאָהרען אונטער איין דאַך און ניט אױסריידען אַ וואָרט איינער צום צווייטען. מיסעס מערריפיעלד'ם „רומערס" זײַנען געוועהנליך געווען ווי איין פֿאַמיליע. דאָס האָט מען געהאַט צו פֿאַרדאַנקען איהר לעבעדיגען, פֿריינדליכען, געזעלשאַפֿטליכען כאַראַקטער.
צוויי פֿון די „רומערס" זײַנען געווען היסע ספּיריטואָ-ליסטעם. און מיסעס מערריפיעלד איז אױך געווען אַ ספּיריטואָ-ליסטע. זונטאָג אין דער פֿריה, און אַמאָל אין אָוונט, פֿלעגען זיי געהן אױף אַ מיטינג וואָו מען האָט גערעדט וועגען דעם ווי די נשמות פֿון געשטאָרבענע באַזוכען זייערע לעבעדיגע קרובים אָדער פֿריינד, אָדער וואָו די „טויטע גײַסטער האָבען גערעדט צו די אנוועזענדע".
אַ „מידיום" איז אזאַ פֿערזאָן, וואָס האָט אין זיך אַ „כּח אַרויסצורופֿען די שטימען פֿון טויטע גײַסטער". און אַ „מאַטיריע-לײַזינג מידיום" איז אַ פֿערזאָן, וועלכע קען אַרויסרופֿען דעם גײַסט אין גאַנצען, אזױ אז „מען זעהט איהם" ווי ער שוועבט דורך אַ פֿינסטערען צימער. אז די דאָזיגע „מידיומס" זײַנען שווינדלער און שווינדלערקעס, איז שױן דאַן באַוויזען געוואָרען צעהנדליגער מאָל. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען. יעדען זונטאָג זײַנען אין באָסטאָן דאָס רוב מיטינג-האָלם געווען פֿאַרנומען מיט ספּיריטו-אַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען, און צווישען די גלויביגע זײַנען געווען מאַנכע מענשען מיט הויכער בילדונג, איינינגע באַריהמטע געלערטע זאָגאַר. אזױ איז געווען אין אַמעריקא און אין ענגלאַנד, און אזױ איז דאָס נאָך טיילווייז הײַנט אױך. דאַן אָבער איז באָסטאָן געווען בוכשטעבליך פֿול מיט ספּיריטואַליסטען. אין באַצוג צו דיזען משוגענעם אַבערגלויבען און שווינדעל איז באָסטאָן דאַן געווען אַ וועלט-צענטער.
איין מאָל אין אַ זונטאָג, ווען מיסעס מערריפיעלד האָט זיך אױסגעפּוצט צו געהן אױף אַ „מאַטיריעלײַזינג סעאַנס", האָב איך איהר געבעטען מיר מיטצונעמען.
— איך וואָלט דאָס געטאָן מיט פֿאַרגעניגען, ווען איהר וואָלט געגלויבט אין דעם — האָט זי מיר געענטפֿערט.
— נעמט מיך מיט; אױב איך וועל זעהן, אז אַלץ אין אמת, וועל איך גלויבען — האָב איך ערקלערט.235— אום צו זעהן, מוז מען צוערשט גלויבען — האָט זיך זי אָפֿגערופֿען גאַנץ ערנסט — דער וואָס גלויבט ניט, קען דעם גײַסט ניט זעהן.
ווען איך פֿלעג מיט איהר טענה'ן וועגען די פֿילע שווינדלער וואָס מען האָט געכאַפּט אין דעם ספּיריטואַליסטישען ביזנעס, פֿלעגט זי האָבען איין ענטפֿער: אז עס זײַנען פֿאַראַן איינינגע שווינדלער, דאַרף מען דעריבער ניט גלויבען אין די עהרליכע „מידיומס"? אױף איין פֿאַלשען „מידיום" וואָס מען כאַפּט, זײַנען פֿאַראַן צעהן עהרליכע „מידיומס". זיי כאַפּט מען ניט, ווײַל זיי רופֿען ווירקליך אַרויס גײַסטער.
איינער פֿון די „רומערס" איז געווען אַ גרויסער שכּור. ער האָט בײַ מיסעס מערריפיעלד געוואָוינט מיט זײַן פֿרוי. ביידע זײַנען געווען יונג און ביידע שעהן און ביידע אָרענטליך. ער איז געווען אַ גוטער פֿאַרדינער, אָבער זײַן שוואַכקייט איז געווען אַ גרויסע שטערונג צו זײַן געשעפֿט. פֿלעגט ער פֿון צײַט צו צײַט אַוועקגעהן אין אַ סאַניטאַריום, וואָו מען פֿלעגט שכורים אָפּגעוואָוינען פֿון זייער פֿעהלער. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען.
די פֿרוי פֿלעגט ריידען וועגען זײַן געוואָוינהייט אזױ ווי עס וואָלט געווען אַ פּשוט'ע קראַנקהייט. זיי האָבען געלעבט ווי אַ פּאָר טײַבעלעך, זיך קיין מאָל ניט צו-ווערטעלט. און ווען ער פֿלעגט נעמען טרינקען און קומען אַהיים טויט-שכּור, פֿלעגט זי איהם צערטלען.
צו זיי פֿלעגט אַרײַנגעהן זייערער אַ באַקאַנטער, אַ יונגער ענגלענדער, אױך אַ שעהנער יונג. ער איז אימער געווען שעהן געקליידט, און ער פֿלעגט דערצעהלען אינטערעסאַנטע געשיכטעם, אַנעקדאָטען. דעם שכּור'ם פֿרוי פֿלעגט מיט איהם אָפֿט אָפּזיצען אַ גאַנצען נאָכמיטאָג אָדער אַ גאַנצען אָוונט, מײַסטענס אין אַ לופֿטיגען האָל וואָס איז אַרויסגעקומען מיט די פֿענסטער צו דער גאַם — אַ מין צוגעמאַכטע וועראַנדע.
מיסעס מערריפיעלד האָט זיך ניט געמישט. אָבער ענדליך האָט זי מיט דער יונגער פֿרוי געהאַט אַ געשפּרעך וועגען דעם. ווען דער יונגערמאַן וואָס איז געווען פֿאַרשקלאַפֿט צום ביטערען236טראָפּפֿען האָט זיך דערפֿון דערוואַוסט, האָט ער מיסעס מעררי-פֿיעלד פֿאַרזיכערט, אז ער קען זײַן פֿרוי געטרויען און אז ער איז זייער יונגען פֿריינד דאַנקבאַר פֿאַרוואָס ער אונטערהאַלט איהר. ענדליך האָט מיסעס מערריפיעלד געמאַכט אַ פּשרה: דער פֿריינד זאָל מיט דעם שכּור'ם פֿרוי פֿאַרברענגען אַ סך ווייניגער ווי פֿריהער, נאָר אַ טאָג איבער אַ טאָג, און ניט מעהר ווי אַ פּאָר שעה אױף אַ מאָל.
אין מיסעס מערריפיעלד'ם הויז האָט דאַן געוואָוינט די פֿרוי פֿון אַן אַמעריקאַנער סאָציאַליסט, אױך אַ שעהנע, הגם זעהר אַ דיקע. איהר מאַן האָט געוואָוינט אנדערשוואו. ער פֿלעגט איהר אָבער אָפֿט באַזוכען. זי איז געווען פֿיל איינגער פֿאַר איהם. מיט אַ יאָהר אָדער צוויי פֿריהער האָבען זיי געוואָוינט צוזאַמען, אױך בײַ מיסעס מערריפיעלד. איין מאָל האָט זיך אין דער זעלבער הויז אָפּגעשטעלט אַ רייזענדער סאָציאַליסטישער אַגיטאַטאָר. עס האָט זיך פֿאַרקניפֿט אַ ראָמאַן און די דיקע יונגע פֿרוי איז מיט דעם אַגיטאַטאָר אַוועקגעפֿאָהרען. איהר מאַן האָט שרעקליך געליטען דערפֿון. ער האָט די פֿאַרליבטע פֿאָר אָבער רעגעלמעסיג געשיקט געלט און ער האָט וועגען איהר קיין מאָל קיין בייז וואָרט ניט אױסגערעדט. שפּעטער האָט זיך די דיקע פֿרוי אומגעקעהרט, אָבער צו לעבען מיט איהר מאַן האָט זי זיך ענטזאָגט. האָט ער אַרויסגעמופּט און איהר אָפּגעטראָטען דעם צימער, וועלכען זיי פֿלעגען פֿריהער פֿאַרנעהמען. איצט אַלזאַ האָט ער איהר אױפֿ-געהאַלטען און פֿלעגט איהר אָפֿט באַזוכען. ער פֿלעגט זיצען און קוקען אױף איהר ווי אַ נידערגעשלאָגענער פֿאַרליבטער, און זי פֿלעגט זיך פֿאַרהאַלטען צו איהם ווי אַ מאַכטער צו אַ פֿאָטער.
איינער פֿון די „רומערס" — אַ מיטעל-יעהריגער מאַן פֿון קענעדע, איז געווען זעהר אַ פֿרומער, און ער פֿלעגט אױף אַלץ ברענגען אַ פּסוק פֿון דער ביבעל. ער האָט דעם אַלטען און דעם נײַעם טעסטאַמענט געקענט אױף אױסוועניג. דער סאָציאַליזם, פֿלעגט ער זאָגען, איז אַ פֿײַנע אידעע; אַ סימן האָט איהר, אז די ביבעל נעהמט איהם אָן. און ער פֿלעגט זיך אַוועקלאָזען פֿאָר-לעזען פּסוקים, וועלכע באַשטעטיגען, לויט זײַן מיינונג, אַלץ וואָס מיר, סאָציאַליסטען, שטעלען אַרויס אין אונזער פּראָגראַם.237מיסעס מערריפיעלד פֿלעגט איהם ערקלעהרען, אז דאָס וואָס ער זאָגט איז „ניט-וויסענשאַפֿטליך". זי גלויבט אין דעם וויסענ-שאַפֿטליכען סאָציאַליזם, הגם איהר באַגריף וואָס דאָס איז אזוינס איז געווען אַ גאַנץ נעבעלדינגער. דאָך, ווי געזאָגט, די הױפּט פּונקטען פֿון דעם סאָציאַליזם האָט זי פֿאַרשטאַנען.
אין מיסעס מערריפיעלד'ם הויז פֿלעגען אַרײַנקומען פֿאַר-שידענע אַמעריקאַנער גענאָסען, וועלכע האָבען בײַ איהר ניט געוואָוינט. און מיט דרײַ פֿון זיי בין איך נאָהענט באַפֿריינדעט געוואָרען.
איינער פֿון דיזע יענקיס איז געווען אַ הויכער, דאַרער מאַן מיט אַ גרויער באָרד — אַ לעבעדיגער בילד פֿון אָנקעל סעם. זײַן נאָמען איז געווען סיימאָן ווינג. ער האָט געהאַנדעלט מיט אַרטיקלען, וואָס ווערען געברויכט בײַם פֿאָטאָגראַפֿירען, און ער האָט ערפֿונדען אַ נײַעם סאָרט קאַמערא. דעם סאָציאַליזם איז ער געווען איבערגעגעבען מיט'ן גאַנצען האַרצען, און ווען איך פֿלעג איהם ערקלערען די מאַרקסיסטישע טעאָריע, פֿלעגט ער זיך צוהערען ווי אַ פֿרומער יענקי הערט זיך צו צו אַ דרשה פֿון זײַן גלח.
עס האָט זיך געגרינדעט אַ קלאַס פֿאַר פּאָליטישער עקאָ-נאָמיע, און איך בין געווען דער לעהרער. סיימאָן ווינג איז גע-ווען איינער פֿון מײַנע תּלמידים. ער פֿלעגט צו די לעקטשורם קומען אין די גרעסטע היצען און אין שלאַנגס-רעגענס. אַ מאָל פֿלעגט דער קלאַס זיך פֿאַרזאַמלען בײַ איהם אין אָפֿיס, אַ מאָל בײַ מיר אין צימער, און אַ מאָל אין דער הויז פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער גענאָסע.
איין מאָל האָב איך אױסגעדריקט באַוואונדערונג וואָס ער היט אזױ אָפּ אונזערע לעססאָנס.238— איך בין שױן אַן אַלטער מאַן — האָט ער מיר געענט-פֿערט מיט זײַן עכט-יענקישער אױסשפּראַך, דורך'ן נאָז — מיר איז ווייניג צײַט איבערגעבליבען זיך צו לערנען. יונגע לײַט קע-נען אָפּלייגען. איך מוז זיך באַנוצען מיט יעדען טאָג.
בײַ דעם ענד פֿון יענעם זומער, האָט אונזער פֿאַרטיי איהם נאָמינירט אַלם איהר קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט פֿון די פֿאַראיי-ניגטע שטאַאַטען. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זי האָט אַרויסגעשטעלט אַן אייגענעם פּרעזידענט-קאַנדידאַט. אַלם וויים-פּרעזידענט איז נאָמינירט געוואָרען טשאַרלם מעטשעם, אַן עלעק-טריסער פֿון ברוקלין, אױך אַ יענקי.
די צאָהל פֿון אמת'ע אַמעריקאַנער איז אין אונזער פֿאַרטיי דאַן אין אַמעריקא געווען זעהר קליין, און פֿאַר דיזע צוויי פּלעצער האָבען מיר געוואָלט האָבען עכטע אַמעריקאַנער.
אַ לץ האָט דעם נאָמען פֿון אונזער פּרעזידענט-קאַנדידאַט איבערזעצט אױף אידיש, און עס איז אַרויסגעקומען „שמשון פֿליגעל". און דעם שפּאַס האָט מען אױפֿגעכאַפּט. דער פּשט איז געווען, אז עס גלויבט זיך גאָרניט, אז עס איז פֿאַראַן אַ סאָציאַליסט מיט אַן עכט-אַמעריקאַנישען נאָמען; אז מסתּמא איז דאָס נאָר אַ איד.
צווישען די פֿרויען-מיטגלידער פֿון דער אַמעריקאַנער סעקשאָן פֿון באָסטאָן איז געווען אַ מיסעס אײַוועירי (איהר פֿולער נאָמען איז געווען מאַרטהאַ מור אײַוועירי, און אזױ פֿלעגט זי זיך מײַס-טענס רופֿען). זי איז געווען אַ רעדנערין, און אזױ ווי זי האָט געהאָט מעהר בילדונג און אַ סך מעהר אַמביציע ווי מיסעס מער-ריפֿיעלד, האָט זי ביסלעכווייז אָנגעהויבען צו שפּילען אַ גרעסערע ראָלע ווי זי.
זי איז געווען איינגער ווי די סאָציאַליסטקע, בײַ וועלכער איך האָב געוואָוינט. זי האָט געהאַט טונקעל-ברוינע האָר, מיט אַ גע-זונטער פֿיגור און מיט אַ געזונטען ניט-קיין-מיאוס'ען אַמערי-קאַנישען פּנים.
זי פֿלעגט ריידען מיט צערעמאָניע און מיט אָראַטאָרישע239מאַניערען, און זי האָט גענומען קריגען אַ שם פֿאַר אַ וואָשענער רעדנערקע. דער ערשטער איינדרוק וואָס זי פֿלעגט מאַכען איז געווען, אַז זי איז אַ געבילדעטע דאַמע פֿון דער העכערער אַמעריקאַנישער געזעלשאַפֿט, אַ פֿעהיגע, אַן ענטוויקעלטע, מיט אַ שעהנעם רעדנער-טאַלאַנט. ווען מען האָט איהר אָבער געהערט אַ צווייטען און אַ דריטען מאָל, פֿלעגט מען זיך אַרומזעהן, אַז דאָס אַלץ איז אַ טעות. מען פֿלעגט זיך ערקונדיגען, אַז זי איז אַ געוועהנליכע פֿרוי פֿון מיטעל-קלאַס, מיט וועניג ענטוויקלונג און מיט וועניג פֿעהיגקייט, און אַז זי האָט אייגענטליך ניט וואָס צו זאָגען. מיר זיינען איהרע רעדעס געווען זעהר לאַנגווייליג, און איהרע אָראַטאָרישע אַוואַיעס און אָראַטאָריש-צוצויגענע טענער פֿלעגען מיר זיין צו-לאַסט.
קיין נאַר איז זי אָבער ניט געווען. און אַזוי ווי אונזער באַוועגונג איז געווען אָרים אין קרעפֿטען, הויפּטזעכליך אין אַמעריקאַנישע, און פֿאַר אַ פֿרעמדען עולם פֿלעגט זי פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע מאַכען אַן איינדרוק, איז איהר ראָלע געוואַקסען. איהרע געזעלשאַפֿטליכע פֿאַרבינדונגען האָב איך צוערשט איבער-טריבען. איין מאָל אין אַ געשפּרעך מיט מיר האָט זי געגעבען אָנצוהערעניש אויף איהרע קרובים, אַזוי ווי זיי וואָלטען געהערט צו די וויכטיגסטע פֿאַמיליען; האָב איך גענומען, אַז זי איז ווירקליך פֿון די הויכע פֿענסטער.
אין דעם זעלבע געשפּרעך אונזערען איז געקומען צו רייד וועגען די אידען, און — איך געדענק ניט ווי דאָס איז אַרויס-געקומען — איך האָב באַמערקט:
— די אָנגעזעהענע אַמעריקאַנער פֿאַמיליען שטעלען דעם אידען מסתמא נעקסט-דאָאָר צו נעגערס.
— עס איז כמעט אַזוי, — האָט זי געענטפֿערט מיט אַ פֿאַרשעהמטער מינע, אַזוי ווי זי וואָלט געווען איינע פֿון די אָנגעזעהענסטע פֿאַמיליען און זי מוז מודה זיין דעם אמת *.240די „קאָממאָן" איז זונטאָג פֿאַרנומען מיט פֿאַרשידענע אָפּערמיטינגען. אַלערליי רעליגיעזע פֿאַרזאַמלונגען ווערען דאָרטען אָפּגעהאַלטען; מען דרשנ'ט, מען איז מתפּלל. אָבער ניט נאָר רעליגיעזע מיטינגען ווערען דאָרטען אָפּגעהאַלטען. עס קומען אויך פֿאָר פּאָליטישע, האַלב-פּאָליטישע און אַלערליי אַנדערט פֿאַרזאַמלונגען. יעדער „קרענק" וואָס וויל ריידען פֿאַר אַן עולם, שטעלט זיך אַנידער און דרשנ'ט. און ווען ער באַזאָרגט זיך מיט אַ גוטען פּלאַץ פֿון אָנהויב זומער, קען ער איהם האָבען יעדען זונטאָג. אין רעכטען מיטען פֿון דעם פּאַרק שפּילט אַן אָרקעס-טער. דער פּאַרק איז צימליך גרויס, און דאַן איז ער נאָך געווען אַבּיסעל גרעסער ווי היינט. אין זיינע פֿאַרשידענע טיילען קלייבען זיך צונויף פֿאַרשידענע גרופּען, יעדע אַרום איהר רעדנער.
עס פֿאַרשטעהט זיך, אַז אונזערע סאָציאַליסטען האָבען ניט פֿאַרפֿעהלט צו פֿאַרזאָרגען זיך מיט אַ פּלאַץ אויף דער קאָממאָן פֿאַר אונזער אַגיטאַציע. קיין אידישע אָדער דייטשע רעדעס האָט מען דאָרטען ניט געהאַלטען. דורכאויס ענגלישע. יענעם זומער בין איך ביי די אַמעריקאַנער גענאָסען פֿון באָסטאָן געווען דער טעטיגסטער אַגיטאַטאָר אויף דער קאָממאָן. איך פֿלעג דאָרטען ערקלעהרען דעם סאָציאַליזם אויף אַ פּראַקטישען שטייגער, צופּאַסענדיג זיך צו דעם אַמעריקאַנער אַרט דענקען. מיט משלים, מיט ערקלעהרונגען, מיט שפּאַסען פֿון דעם טעג-ליכען אַמעריקאַנער לעבען פֿלעג איך טריִען איבערצוגעבען241אונזערע אידעען אַזוי, אַז דעם אַמעריקאַנער זאָל דאָס זיין קלאָהר און אינטערעסאַנט. די רעדעס האָבען געהאַט ערפֿאָלג. עס פֿלעגט זיך צוזאַמענקלייבען אַ גרויסער עולם, פֿילייכט דער גרעסטער פֿון אַלע פֿאַרזאַמלונגען אויף דער קאָממאָן. די גענאָסען פֿלעגען זיך באַריהמען אַז מיינע רעדעס ציהען אָפּ דעם פּובליקום פֿון דער מוזיק און אַז מיין שטימע שרייט איבער דעם אָרקעסטער. נאָך דער לעקטשור פֿלעג איך דעם עולם איינלאַדען צו שטעלען פֿראַגען אָדער פֿיהרען מיט מיר אַ דעבאַטע. און דאַן פֿלעגט זיך אָנפֿאַנגען דער לעבעדיגסטער אינטערעס. ווען איך פֿלעג אַ דע-באַטאַנט מכבד זיין מיט אַ געראָטענעם משל אָדער וויץ, פֿלעגט קראַכען מיט אַפּלאָדיסמענטען און מיט פֿרעהליכע געלעכטערס. און דאָס פֿלעגט צוציהען נייע מענשען. איך בין אויף דער קאָממאָן געוואָרען אַ פּאָפּולערע פֿיגור.
איינער פֿון אונזערע יענקי גענאָסען, סקווייר פּאָטנעם, אַן אַר-בייטער אין אַ מאַשין-שאַפּ, וועלכער האָט געוואוינט אין סאָמערוויל (לעבען באָסטאָן), האָט אויסגעקלעהרט אַ „פּעטענט" — אַ בענקעל וואָס פֿלעגט זיך צוזאַמענלייגען אַזוי, אַז מען פֿלעגט איהם קעננען טראָגען אונטער'ן אָרעם. ווען מען פֿלעגט איהם אויפֿשטעלען, פֿלעגט אַרויסקומען אַ „פּלאַטפֿאָרמע". אָט אויף דער דאָזיגער „פּלאַטפֿאָרמע" פֿלעג איך האַלטען מיינע זונטאָג-דיגע רעדעס.
פּאָטנעם איז געווען אַן איבערגעגעבענער סאָציאַליסט. פֿון זיין קריסטליכער רעליגיע האָט ער זיך ניט ענטזאָגט. ער פֿלעגט געהן אין טשוירטש. זיין באַגייסטערונג פֿאַר אונזער אידעאַל איז געווען אַ גרעסערע ווי זיין רעליגיעזע באַגייסטערונג. אין גאָט האָט ער אָבער געגלויבט און פֿאַר יענער וועלט האָט ער מורא געהאַט.
עטליכע מאָל האָט ער מיך זונטאָג איינגעלאַדען צו זיך אויף דינער. נאָך דינער פֿלעגט ער נעהמען זיין „פּעטענט" און מיר פֿלעגען אַוועקפֿאָהרען אין דער קאָממאָן.
מיר זיינען געוואָרען אַזוי נאָהענט באַקאַנט, אַז ער האָט מיר פֿאַרטרויט די אינטימסטע זאַכען פֿון זיין לעבען.242זיין פֿרוי איז געשטאָרבען, ער איז געבליבען אַן אלמן, מיט קלײנע קינדער; האָט ער אַריינגענומען אין שטוב די טאָכטער פֿון אַן אָרימען גלח. אַלזאָ, האָט ער מיר דערצעהלט וועגען זיינע געפֿיהלען צו איהר. שפּעטער האָט ער מיט איהר חתונה געהאַט און זי איז טאַקע געווען אַ גוטע פֿרוי צו איהם און אַ טרייע מוטער צו זיינע קינדער.
דער גלח פֿון זיין טשוירטש האָט איהם אַמאָל געפֿרופֿט מוסר'ן פֿאַרוואָס ער גיט זיך אָפּ מיט'ן סאָציאַליזם, האָט ער איהם געסטאָפּט.
— וועגען דיזע פֿראַגען וועל איך אייך בעטען ניט צו דעבאַ-טירען מיט מיר — האָט ער צו איהם געזאָגט — רעדט מיט מיר וועגען רעליגיאָן, אָבער ניט וועגען פּאָליטישע און סאָציאַלע ענינים.
שפּעטער איז פּאָטנעם געווען אונזער קאַנדידאַט פֿאַר גאָ-ווערנאָר פֿון מאַססאַטשוסעטס.
זיינע געשעפֿטען האָבען זיך פֿאַרבעסערט. ער האָט גע-עפֿענט אַן אייגענעם שאַפּ. זיין טעטיגקייט אין דער באַוועגונג איז אָבער קיינמאָל ניט אָפּגעשוואַכט געוואָרען. ער איז גע-שטאָרבען אַן איבערגעגעבענער סאָציאַליסט.
צווישען די אַמעריקאַנער גענאָסען, מיט וועלכע איך בין דאַן באַקאַנט געוואָרען, איז געווען אַ יונגער גלח מיט'ן נאָמען הערבערט קעססאָן. ער האָט געפּרעדיגט אין עטליכע שטעדט-לעך אַרום באָסטאָן. קיין שטענדיגע קירכע האָט ער ניט געהאַט; האָט ער געהאַלטען זיינע רעליגיעזע דרשות וואו עס פֿלעגט זיך מאַכען. ער איז געווען זעהר אָרים און ער האָט געוואוינט ווי אַ פּרוש, אין אַ ביידעל, אין אַ ווילדען געגענד ערגעץ-וואו, „אַלם אַ קינד פֿון דער נאַטור", הייסט עס. פֿון צייט צו צייט פֿלעגט ער אַרומפֿאָהרען און האַלטען סאָציאַליסטישע לעקטשורס. איין מאָל האָט ער גערעדט אויף אונזער זונטאָג-מיטינג אויף דער קאָממאָן. די רעדע איז געווען אַ גלענצענדע, אָבער זיין סאָציאַליזם האָט מיר געקלונגען ווי אַ געמיש פֿון אַלערליי מינים.243ער איז געווען אַ דאַרער יונגער מאַן, מיט קלוגע בלויע אויגען און מיט אַ דאַרען בלאַסען פּנים. ער האָט געמאַכט דעם איינ-דרוק פֿון אַן אויסגעהונגערטען היילינגען מאַן *.
יעדעס מאָל, ווען איך דערמאָן זיך אָן יענעם זומער מיט די רעדעס, וואָס איך פֿלעג האַלטען אויף דער קאָממאָן, קומט מיר אויפֿ'ן געדאַנק אַרויף די פֿאָלגענדע געשיכטעלע: איך בין געגאַנגען איבער וואַשינגטאָן סטריט. איך האָב געדאַרפֿט אָפּבײַ-טען אַ פֿינף-דאָלאַר בילל, און צו דיזען צוועק בין איך אַריין אין איינעם פֿון די דאָרטיגע סטאָרס.
— איך וועל דאָס טאָן פֿאַר אייך מיט ספּעציעלען פֿאַרגע-ניגען, מיסטער קאַהאַן, — זאָגט דער סטאָר-קיפּער, אַן אַמע-ריקאַנער.
איך פֿרעג איהם פֿון וואַנען איך האָב די עהרע איהם צו זיין באַקאַנט, און ער ענטפֿערט:
— אָ, איך בין איינער פֿון אייערע זונטאָגדיגע צוהערער אויף דער קאָממאָן.
עס איז ביי מיר קיין ספֿק ניט געווען, אַז ער איז אַ סאָציאַליסט. אַלזאָ האָב איך איהם געפֿרעגט וואָס ער וועט קעננען טאָן פֿאַר אונזער קעמפֿין.
— איהר נעהמט דאָס דען ערנסט? — פֿרעגט דער סטאָר-קיפּער מיט אַ פֿרעהליכען שמייכעל.
— וואָס מיינט איהר? — פֿרעג איך.
— צי דען נעהמט איהר דאָס טאַקע ערנסט? — האָט ער זיך צולאַכט.
קורץ, דער גאַנצער סאָציאַליזם איז ביי איהם געווען ניט244מעהר ווי אַ שפּאַס. עס איז איהם סתם אינטערעסאַנט געווען צו הערען אונזערע רעדעס. וואָטען פֿאַר אַזאַ זאַך און נאָך אַרבייטען דערפֿאַר — דאָס איז איהם אויסגעקומען שוין צו קאָמיש.
איך האָב אויך געהאַט גענוג אַנדערע באַווייזען ווי ווייט דער געוועהנליכער אַמעריקאַנער איז פֿון אונזערע געדאַנקען און פּאָליטישע אינטערעסען. אָבער אין יענע צייטען פֿלעגען אַזעלכע באַווייזען אויף מיר מאַכען אַ קנאַפּען איינדרוק. איך האָב זיי אי יאָ באַמערקט, אי ניט באַמערקט.
די רייד פֿון דעם וואַשינגטאָן-סטריטער סטאָר-קיפּער האָט מיך אַזוי ווי מיט קאַלטע וואַסער אָפּגעגאָסען. אָבער לאַנג איז דער געפֿיהל ניט געבליבען. איך האָב מיט זיך גענומען טענה'ן, אַז מיסעם מערריפֿיעלד און סיימאָן וויטג, און סקוויר פּאָטנעם, און מיסעם אייוועעורי, און דער מאַן, וועמענס פֿרוי איז אַוועק מיט'ן אַגיטאַטאָר, און ביי דרייסיג-פֿערציג אַנדערע מיט-גלידער פֿון דער באָסטאָנער סעקשאָן פֿון אונזער פּאַרטיי זיינען אויך עכטע אַמעריקאַנער. אַלזאָ איז אַן אָנהויב שוין געמאַכט געוואָרען און וואָס ווייטער וועט די צאָהל אַמעריקאַנער סאָציאַ-ליסטען אַלץ גרעסער ווערען.
איך פֿלעג זיך אָפֿט זעהן מיט מיט י. פֿינן'ען. ער האָט נאָך אַלץ געאַרבייט ביי זיין נעה-מאַשין אַלם ראָק-אַפּערייטאָר. ביי דער אַרבייט פֿלעגט זיין מוח אָפֿט אויסוועבען אינטערעסאַנטע געדאַנקען, וועלכע ער פֿלעגט דערנאָך אויסדריקען פֿון דער פּלאַט-פֿאָרם אָדער אין אַן אַרטיקעל פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג".
צווישען די אידישע סאָציאַליסטען פֿון באָסטאָן האָט דאַן אַ חוץ פֿינן'ען אַ פּראָמינענטען פּלאַץ פֿאַרנומען אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען מאָריס ראָוד, אויך אַ אינטערעסאַנטער מענש, הגם פֿון אַ גאַנץ אַנדער טיפּ.
פֿינן האָט זיין אַפּערייטאָריי זיך אויסגעלערענט אין אַמע-ריקאַ. אין דער היים איז ער געוועסען ביי דער גמרא, און די גמרא איז ביי איהם געווען אָפּגעזיגעלט אויפֿ'ן פּנים. ראָוד, ווי-דער, איז געווען אַ שניידער פֿון דער היים — אַ דאָרף-שניידער.245ער איז געקומען קיין אַמעריקא אַן עם-האָרץ. שרייבען האָט ער ניט געקענט אַפֿילו קיין אידיש. אונטער דעם איינפֿלוס פֿון דער באַוועגונג האָט ער זיך אָבער שנעל אַנטוויקעלט, זיך אויסגע-לערענט לעזען ענגליש און איז געוואָרען אַ באַלעזענער מענש.
אין 1892, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט די עטליכע מאָנאַט אין באָסטאָן, איז ער שוין אין שטאַנד געווען צו פֿאַרשטעהן אַ וויסענשאַפֿטליכען בוך. פֿון גראַמאַטיק האָט ער אָבער נאָך גע-וואוסט וועניג, און אויף שרייבען איז ער אויך ניט געווען קיין גרויסער בריה.
ער האָט ביי מיר גענומען לעססאָנס, און איז געווען מיין וויכטיגסטער שילער. מיט איהם צו לערנען איז געווען אַ פֿאַר-געניגען. אַלץ וואָס האָט געפֿאָדערט פֿאַרשטאַנד פֿלעגט ער באַנעהמען זעהר לייכט. נאָר מיט'ן שרייבען איז אַלץ געווען צרות. „מעהר ווי צו שניידעריי טויגען מיינע פֿינגער ניט", פֿלעגט ער זאָגען מיט אַ שמייכעל. ער האָט זיך קוים אויסגעלע-רענט אויפֿשרייבען זיין נאָמען.
ער איז געווען אַ גוטער, איידעלער מענש פֿון דער נאַטור, און דער באַוועגונג איז ער געווען איבערגעגעבען מיט לייב און לעבען.
אין יענעם יאָהר זיינען אין אַמעריקא פֿאָרגעקומען גרויסע קאַמפֿען צווישען אַרבייטער און קאַפּיטאַליסטען. אין דעם זומער פֿון 1892, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט אין באָסטאָן, האָט זיך איבער'ן גאַנצען לאַנד געקאָכט מיט דעם האָמסטעד סטרייק. דער האָמסטעד איז אַ שטעדטעל לעבען פּיטסבורג. זי איז אויפֿגע-בויט געוואָרען פֿון דעם שטאָל קעניג קאַרנעגי און איז אין גאַנצען געווען באַזעצט מיט פּאָליאַקען, אונגאַרן און טשעכען, וועלכע האָבען געאַרבייט אויף דעם דאָרטיגען שטאָל „מילל". די קאַמ-פּאַניע האָט געמאַכט אַ לאָקאַוט און די אַרבייטער זיינען געווען246אָרגאַניזירט צום קאַמפֿ. די קאַפּיטאַליסטען האָבען די פֿעקטאָרי אַרומגעצאַמט מיט אַ הויכען פּאַרקאַן און אַריבערגעבראַכט פֿון שיקאַגאָ און פֿון ניו יאָרק עטליכע הונדערט דעטעקטיווס פֿון דער פּינקערטאָן דעטעקטיוו ביוראָ. די אַרבייטער האָבען זיי באַגעגענט מיט שטיינער און מיט פּיסטאָלעטען. עס איז פֿאָרגעקומען אַן אמת'ע שלאַכט, אין וועלכער עס זיינען געפֿאַלען צוועלף פֿערזאָן. דאַן איז דער האָמסטעד ערקלערט געוואָרען אין אַ מיליטערישען צושטאַנד. דער גאָווערנאָר פֿון פּענסילווייניא האָט אַרויסגערופֿען מיליץ און די שטעדטעל איז געשטעלט געוואָרען אונטער אַ גרויסער וואַך. די צייטונגען פֿון גאַנצען לאַנד זיינען געווען פֿול מיט דער געשיכטע. צו דער זעלבער צייט איז אויך פֿאָרגעקומען אַ גרויסער ביטערער קאַמפֿ צווישען סטריייקערס און די פֿאָרשטעהער פֿון די קאַפּיטאַ-ליסטען אין קער-דאַלען, איידאַהאָ, דער סטייט פֿון זילבער-מינען און בליי-מינען.
דער פֿאַרוואַלטער פֿון קאַרנעגי'ס שטאָל מילען איז געווען איינער מיט'ן נאָמען פֿריק. ער האָט דאָס אָנגעפֿיהרט דעם קאַמפֿ געגען די סטרייקער. ער האָט זיך באַריהמט געמאַכט אַלם אַ באַרמלאָזער שקלאַפֿען-טרייבער און זיין נאָמען איז ביי די אַרבייטער געווען פֿאַרהאַסט. דורך דעם בלוטיגען צוזאַמענשטויס צווישען זיינע „פּינקערטאָנס" און די האָמסטעד'ער סטרייקערס איז דער צאָרן פֿון די אַרבייטער געגען איהם נאָך שאַרפֿער געוואָרען.
אין אַ געוויסען נאָכמיטאָג קלאַפּט מען האַסטיג אָן ביי מיר אין טיר. אויף מיין „קאַם אין" פֿליהט אַריין מרס. מערריפֿיעלד, אַ שיינענדיגע, אַ צופֿלאַמטע, און שרייט אויס: „פֿריק איז שאָט! פֿריק איז שאָט!" (מען האָט דערשאָסען פֿריק'ען, מען האָט דער-שאָסען פֿריק'ען!).
עס האָט זיך אַרויסגעצייגנט אַז די אַטאַקע אויף איהם האָט געמאַכט אַלעקסאַנדער בערקמאַן, אַ יונגער אידישער אַנאַרכיסט, וועלכען איך האָב אַ פֿאָר מאָל געזעהן אויף אידישע מיטינגען אין ניו יאָרק (ביידע מאָל האָב איך איהם געזעהן אין דער קאַמ-פּאַניע פֿון עמא גאָלדמאַן). ער האָט פֿריק'ן נאָר פֿאַרוואונדעט.247זיין שאַם און דערנאָך דער טרייעל איבער איהם זיינען געווען צווישען די גרעסטע סענסאַציעס פֿון יענע פּאָר יאָהר.
ניט ווייט פֿון באָסטאָן האָט דאַן געוואואינט עדואַרד בעלאַמי, דער פּראָפֿעסער פֿון דעם וועלט-באַריהמטען ראָמאַן „לוקינג בעקוואָרד" (אַ בליק צוריק), וואו עס ווערט געשילדערט דאָס לעבען אין אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. אָפֿט פֿלעגט ער זיך אַריבער-כאַפּען אין באָסטאָן און דאָרטען בין איך מיט איהם בעקאַנט געוואָרען. אונזער באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אונטער די פֿאָל-גענדע אומשטענדען:
אונטער דעם איינפֿלום פֿון זיין ראָמאַן איז געגרינדעט געוואָרען אַ גאַנצע באַוועגונג, וועלכע ער, בעלאַמי, האָט אַ נאָמען געגעבען „נאַציאָנאַליסטישע". דער וואָרט האָט דאָ ניט זיין געוועהנליכע באַדייטונג. צו דער פֿראַגע וועגען אַ מענשענ'ס טריי-הייט צו זיין נאַציע האָט ער קיין שייכות ניט. מיט „נאַציאָנאַליזם" האָט בעלאַמי געמיינט אַזאַ געזעלשאַפֿטליכע סיסטעם, וואו אַלע פֿאַבריקען, מינען, באַהנען, טעלעגראַפֿען, שיפֿען, קראָמען, געהערען ניט צו פּריוואַט מענשען, נאָר צו דער גאַנצער נ אַ צ י ע, דאָס הייסט, צו קהל. איינפֿאַכער גערעדט, מיט נאַציאָנאַליזם האָט ער געמיינט סאָציאַליזם. דער וואָרט „סאָציאַליזם" ווערט גענומען פֿון דעם וואָרט „געזעלשאַפֿט", און ער האָט פֿאַר דעם זעלבען געדאַנק גענומען דעם וואָרט „נאַציאָן". אָבער ניט נאָר מיט די נעמען האָבען זיך די צוויי באַוועגונגען אונטערשיידעט. בעלאַמי האָט ניט געגלויבט אין קיין קלאַסען-קאַמף און זיין פּראָגראַם האָט ניט געהאַט קיין שייכות צו דער אַרבייטער באַוועגונג, וועהרענד ביי אונז סאָציאַליסטען איז דער קלאַסען-קאַמף, די טרייד-יוניאָנס, דער עיקר.
זיין נאַציאָנאַליזם איז געווען אַ פֿרידליכע אַגיטאַציע, אין וועלכער עס האָבען געזאָלט אַנטייל נעמען אַלע קלאַסען, קאַפּי-248טאַליסטען אַזוי גוט ווי אַרבייטער; קאַפּיטאַליסטען נאָך מעהר, וואָרים זיי האָבען דאָך מעהר מאַכט און מעהר מיטלען; אַלזאָ, קאָנען זיי מעהר אויפֿטאָן פֿאר'ן נאַציאָנאַליזם.
דאָס מאַכט דעם אונטערשיד צווישען זיין באַוועגונג און אונזערע גאַנץ גרויס. דער ענדליכער ציעל אָבער איז דער זעלבער: אַ געזעלשאַפֿט וואו עס איז ניטאָ קיין מעגליבקייט פֿאַר פּריוואַט אייגענטום אין פֿאַבריקאַציע, טראַנספּאָרט און אַזוי ווייטער.
דער וואָס האָט געלעזען בעלאַמי'ס בוך ווייס פֿון די שעהנע זאַכען, וואָס ער מאָהלט אַלם אַ טייל פֿון דעם לעבען אין אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. פֿאַרבייגעהענדיג וויל איך באַ-מערקען, אַז געוויסע טיילען פֿון זיין פֿאַנטאַזיע זיינען שוין מקוים געוואָרען. צום ביישפּיל: ער שילדערט ווי אַ בירגער ניט אַ קוק אין זיין צייטונג וואָס פֿאַר אַ אָפּעראַ מען שפּילט יענעם אָוועגד, ווי ער געהט צו צום וואַנט און עפֿענט אויף עפּעס אַ טירעל, און ניט אַרויסגעהענדיג פֿון שטוב, הערט ער די אָפּעראַ. דער בוך איז געשריבען געוואָרען אין 1888, ווען די וואונדערען פֿון אונזער היינטיגער „ראַדיאָ" זיינען געווען אונבאַקאַנט. בעלאַמי האָט זיך דאָס סתם פֿאָרגעשטעלט.
ווען בעלאַמי האָט אָנגעהויבען צו שרייבען זיין ראָמאַן, איז די סאָציאַליסטישע אָרדנונג איהם אַפֿילו אין זינען ניט געלעגען. ער האָט פֿון סאָציאַליזם גאַנץ ווייניג געוואואסט. ער האָט אַזוי זיך געשריבען אַ פֿאַנטאַזיע, ווי מענשען לעבען אין אַ גליקליכער וועלט. אָבער דאָס שרייבען גופֿא האָט איהם פֿאַראין-טערעסירט אין דער אידעע. און וואָס מעהרער ער האָט אַריינ-געדרונגען אין דעם ראָמאַן, אַלץ נעהנטער איז ער צוגעקומען צו אַ סאָציאַליסטישען בילד. ווען ער האָט געענדינט זיין בוך, האָט ער אַליין ניט געפֿיהלט זיין באַדייטונג. און ווען דער בוך האָט געהאַט אַן אונגעהיערען ערפֿאָלג, איז ער איבעראַשט געוואָרען. פֿון דער סאָציאַליסטישער טעאָריע האָט ער אַפֿילו דאָן אויך כמעט ניט געוואואסט.
„לוקינג בעקוואָרד" האָט מען גלייך איבערזעצט אויף אַלע שפּראַכען, און אין אַלע לענדער איז ער זיך צוגאַנגען אין249הונדערטע טויזענדער עקזעמפּלאַרען. דיזער ערפֿאָלג גופֿא האָט איהם געמאַכט פֿאַר אַ סאָציאַליסט. און אַזוי ווי דער נאָמען סאָציאַליסט איז געווען אונפּאָפּולער, האָט ער אויסגעקלערט אַ „בכבוד'ערען" נאָמען.
אַ חוץ דעם: אַלם אַמעריקאַנער האָט ער דעם סאָציאַ-ליסטישען געדאַנק גלייך גענומען אויף אַ פּראַקטישען שטייגער, באַווייטיגענדיג די גאַנצע סאָציאַליסטישע טעאָריע. זיין געדאַנק איז געגאַנגען אויפֿ'ן פֿאָלגענדען שטייגער: מען דאַרף איינ-פֿיהרען, אַז אַלץ זאָל געטאָן ווערען ניט פֿון פּריוואַטע מענשען, נאָר פֿון קהל; אַלזאָ, האָט יעדער שריט, וואָס ווערט היינט געמאַכט פֿון קהל, אַ שייכות מיט דיזען געדאַנק. צום ביישפּיל: אַ שטעדטעל באַקומט וואַסער פֿון אַ פּריוואַטער קאָמפּאַני; זי באַשליסט אָבער איינצופֿיהרען אייגענע וואַסער-רעהרען. אַלזאָ, איז דאָס אַ וויכטיגער סאָציאַליסטישער פֿאַקט ביי בעלאַמי'ן.
די סאָציאַליסטען שטרייכען אונטער יעדע שטיקעל נייעם וואָס איז שייך צו דעם קלאַסען-קאַמף, ווייל זיי גלויבען, אַז דורך דיזען קאַמף וועט קומען דעם אַרבייטער'ם באַפֿרייאונג פֿון קאַפּיטאַל; בעלאַמי'ן אינטערעסירען אַזעלכע פֿאַסירונגען אבסאָלוט ניט. דערפֿאַר אָבער אינטערעסירט ער זיך מיט אַזאַ נייעם ווי, צום ביישפּיל, אַז די און די שטעדטעל האָט איינ-געפֿיהרט קהל'שע באַלייכטונג; אָדער אַז דאָרטען און דאָרטען געהט אָן אַ באַוועגונג צו האָבען קהל'שע סטריט-קאַרס.
אַ העכסט וויכטיגער ענין איז ביי בעלאַמי'ן געווען די פֿראַגע וועגען „טראָסטס", וואָרים צו זיין נאַציאָנאַליזם, אַזוי גוט ווי צו אונזער סאָציאַליזם, איז וויכטיג געווען אַז עס זאָל אָפּגעשאַפֿט ווערען די קאָנקורענץ, און די טראָסטס שאַפֿען דאָך אָפּ די קאָנקורענץ.
וואָס הייסט אַ טראָסט? — קאָמפּאַניעס וואָס קאָנקורירען צווישען זיך, קומען צום שלום, אַז דער קאַמף לוינט זיך זיי ניט; אַז אייניגקייט איז בעסער. די טראָסטס וואַקסען. אַלזאָ, הייסט עס, אַז מען קומט צו אַלץ נעהנטער צום „נאַציאָנאַליזם" — אַזוי האָט ער אַרגומענטירט.250ער האָט גענומען אַרויסגעבען אַ וואָכען-בלאַט מיט'ן נאָמען „דער נייער נאַציאָנאַליסט", און דאָרטען האָט מען געפֿונען אַלערליי מעלדונגען וועגען דעם וואוקס פֿון די טראָסטס און וועגען נייע קהל'שע אונטערנעמונגען.
די צייטונג איז געווען טאַלאַנטפֿול רעדאַקטירט. זי איז געווען אינטערעסאַנט און אינהאַלטסרייך.
אונז, סאָציאַליסטען, פֿלעגט זי אויסקומען זאָנדערבאַר; אינטערעסאַנט אין זי אונז אָבער געווען. וועגען אַרבייטער און זייער קאַמף איז דאָרטען געווען זעהר ווייניג. די צייטונג האָט זיך מעהר אינטערעסירט מיט דעם וואָס קויפֿט די סחורה, ווי מיט דעם וואָס מאַכט איהר. דער עולם אין ביי איהם הויפּטזעכ-ליך געווען אַן עולם פֿון קאָסטאָמערס. אַלם קאָסטאָמער צאָהלט ער צו גרויסע פּרייזען, ווייל די פּריוואַטע קאָמפּאַניס מאַכען גרויסע פּראָפֿיטען — האָט בעלאַמי גע'טענה'ט. — ווען די שטאָדט אָדער די גאַנצע לאַנד זאָל אַליין פֿיהרען די אינ-דוסטריע, וועט אַלץ זיין ביליגער און בעסער. אַלזאָ, דאַרף מען די איצטיגע סיסטעם אָפּשאַפֿען און איינפֿיהרען נאַציאָנאַליזם. אין דעם איז באַשטאַנען דער עיקר פֿון דעם געדאַנק, צו וועלכען ער איז צוגעקומען שרייבענדיג זיין ראָמאַן.
דורך זיין בוך, צייטונג און איינפֿלום האָבען זיך גענומען אָרגאַניזירען „נאַציאָנאַליסטישע" קלובען. דער ערשטער קלוב אַזעלכער איז געגרינדעט געוואָרען אין באָסטאָן, און זיינע מיטגלידער זיינען געווען פֿון די „הויכע פֿענסטער". צו איהם האָבען געהערט אייניגע פֿון די באַקאַנטסטע און רייכסטע פֿער-זאָנען אין באָסטאָן, פֿאָרשטעהער פֿון די עלטסטע פֿאַמיליען. דער פּרעזידענט פֿון דעם קלוב איז געווען עדואַרד עווערעט הייל, אַן אַריסטאָקראַטישער גלח, וועלכער איז געווען באַריהמט איבער'ן לאַנד אַלם רעדנער און שריפֿטשטעלער.
צו די מיטינגען פֿלעגט מען קומען אויסגעפּוצט ווי צו אַ באַנקעט, אָדער אַ באָל — די דאַמען דעקאָלטירט און די מענער אין „פֿול איוונינג דרעס".251— ווי געפֿעלט אייך אַזאַ סאָרט סאָציאַליסטישע באַווע-גונג? — פֿלעגען מיר זיך פֿרעגען אין שפּאַם. אין האַרצען אָבער האָבען מיר זיך מיט דיזען „סילק סטאָקינג" סאָציאַליזם געפֿרעהט. מיר האָבען אין איהם געזעהען אַ גוטען צייכען פֿון דער צייט. יעדענפֿאַלם האָבען מיר געהאָפֿט, אַז די נאַ-ציאָנאַליסטישע קלובען וועלען אַראָפּנעמען דעם חרם וואָס איז געלעגען אויף דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג; אַז זיי וועלען דינען אַלם אַן אדווערטייזמענט פֿאַר אונזער פּאַרטיי.
נאָך דעם ערשטען קלוב איז אין באָסטאָן געגרינדעט גע-וואָרען אַ צווייטער און אַ דריטער. עס זיינען אויך אויסגע-וואַקסען נאַציאָנאַליסטישע קלובען אין וואַשינגטאָן, אין ניו יאָרק און אין אייניגע אַנדערע אַמעריקאַנער שטעדט.
די גאַנצע באַוועגונג האָט אָבער לאַנג ניט אָנגעהאַלטען — אונגעפֿעהר ביי צוויי יאָהר. עס איז געווען בלויז אַ מאָדע זאַך. איינער פֿון די נאַציאָנאַליסטישע קלובען אין ניו יאָרק איז אייגענטליך באַשטאַנען פֿון אונזערע סאָציאַליסטען גופֿא און פֿון עטליכע ליבעראַלען, וואָס פֿלעגען קומען צו אונזערע לעק-טשורם. אַריינטרעטען אין אונזער פּאַרטיי האָבען זיי ניט געוואָלט. די נאַציאָנאַליסטישע קלובען אָבער זיינען געווען „בכבוד". זיי האָבען זאָגאַר געשמעקט מיט „די אויבערשטע פֿון שטויסעל" — האָבען זיי זיך פֿאַרשריבען. און מיר, ווידער, האָבען זיך פֿאַרשריבען אין די אינטערעסען פֿון אונזער פּאַרטיי. מיר פֿלעגען אויך באַזוכען די מיטינגען פֿון די אַנדערע נאַ-ציאָנאַליסטישע קלובען און אַנטייל נעמען אין די דעבאַטען אָדער זאָגאַר האַלטען לעקטשורם.
אין דעם זומער פֿון 1892, ווען איך האָב געוואואינט אין באָסטאָן, איז דיזע נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונג געווען אין איהר רעכטען בליהען. איינמאָל האָב איך באַקומען אַן איינלאַדונג צו האַלטען אַ לעקטשור אין דעם נאַציאָנאַליסטישען קלוב נומער דריי, און דערנאָך אין נומער צוויי. דער סעקרעטער פֿון דעם קלוב נומער דריי האָט געהערט מיינע אַ לעקטשור אויף אַ סאָציאַליסטישען מיטינג און זי האָט איהם פֿאַראינטערעסירט.252פֿון דעם האָבען דאָס געשטאַמט די איינלאַדונגען וואָס מען האָט מיר געשיקט.
די געלט פֿראַגע איז דאַן געווען אויף דער טאָגעס-אָרדנונג. עס האָט זיך גערודערט מיט דעם ענין וועגען גאָלד-געלד און זילבער-געלד (צי מען זאָל די ווערטה פֿון אַ סחורה מעסטען נאָר אויף גאָלד צי אויף זילבער אויך. מיט אַנדערע ווערטער: צי נאָר גאָלדענע מטבעות זאָלען אַנערקענט ווערען אַלם די אמת'ע, צי זילבערנע אויך). געוויסע עקאָנאָמיסטען, פּאָליטישע רעפֿאָרמערס, האָבען געפֿרעדינט אַז זילבער-געלד זאָל האָבען פּונקט אַזאַ באַדייטונג ווי גאָלד-געלד. און זיי האָבען געהאַט אַ מאַסע אָנהענגער. דאָ איז ניט דער פּלאַץ גענוי צו ערקלערען אין וואָס דיזער געדאַנק איז באַשטאַנען. איך וועל זיך באַנוגענען מיט דאָס פֿאָלגענדע:
די „זילבער מענשען" האָבען גע'טענה'ט, אַז די „גאָלד-סיסטעם" איז אַ קוואַל פֿון גרויסע עקאָנאָמישע צרות. גאָלד איז אויף דער וועלט פֿאַראָן ווייניג, און אַזוי ווי נאָר גאָלד איז געלד (זילבערנע מטבעות זיינען ניט מעהר ווי טשעקס אויף גילדערנע), הייסט עס, אַז עס איז פֿאַראָן צו ו ו י י נ י ג ג ע ל ד.
ווייטער: ווען עס איז פֿאַראָן צו ווייניג פֿון אַ געוויסער סחורה, איז אויף דער דאָזיגער סחורה אַ יקרות. הייסט עס, אַלזאָ, אַז גאָלד איז צו טייער.
דאָס, ווידער, הייסט, אַז גאָלד איז צו ט י י ע ר; און פֿאַרקערט ריידענדיג—יעדע אַנדערע סחורה איז צו ב י ל י ג: מען גיט פֿאַר איהר צו ווייניג געלד. דער פֿאַרמער מוז זיינע פּראָדוקטען פֿאַרקויפֿען פֿאַר אַ קליינעם פּרייז. צווייטענס, גיט דאָם די געלד-העגדלער (די באַנקירען) אַ מעגליכקייט צו שינדען די הויט ביי די וואָס מוזען באָרגען געלד (פֿאַרמערס, קרעמער).
אַזוי האָבען גע'טענה'ט די „זילבער מענשען". זיי האָבען דעריבער געפֿאָדערט, אַז זילבער זאָל אויך אַנערקענט ווערען פֿאַר אמת'ע געלד און ניט נאָר אַלם טשעקס. זיי האָבען געפֿאָדערט, אַז יעדער וואָס האָט אַ שטיקעל זילבער זאָל קענען, לויט דער וואָג, פֿאַר דעם באַקומען אַ זילבערנע מטבע; די רעגירונג זאָל איהם פֿריי אויסשמידען אַ דאָלאַר אָדער אַ האַלבען דאָלאַר253דערפֿון. דורך דעם וועט שוין זיין גענוג געלד, וועט געלד ווערען ביליגער און יעדע סחורה וועט ווערען טייערער. דער פֿאַרמער וועט באַקומען אַ בעסערען פּרייז פֿאַר זיינע גרינסען, היהנער אָדער מילך. און נאָך אַ זאַך: אויב דער פֿאַרמער איז שולדיג געלט אויף אַ מאָרטגיידזש, וועט ער דאָם קענען לייכטער אָפּצאָהלען, וואָרים דער זילבערנער דאָלאַר וועט האָבען ווייניגער ווערט. אויב ער איז שולדיג טויזענט דאָלאַר, למשל, וועט דאָם הייסען נאָר 700.
עס האָט זיך הויפּטזעכליך געהאַנדעלט וועגען די אינטערעסען פֿון פֿאַרמערס; וואָרים ערשטענס, האָבען פֿילע פֿון זיי געהאַט שווערע מאָרטגיידזשעס אויף זייערע פֿאַרמס און, צווייטענס, האָבען זיי זיך באַקלאָגט, אַז דער מאַרקעט פּרייז אויף זייערע פּראָדוקטען איז אַ צו קליינער. אַלזאָ, האָט די זילבער באַוועגונג זיך פֿאַרשפּרייט אין די גרויסע פֿאַרם געגענדען אין דער מידעל וועסט און וועסט.
אַזוי ווי מען האָט געפֿאָדערט, אַז זילבער זאָל פֿריי פֿאַר-וואַנדעלט ווערען אין זילבערנע מטבעות, האָט מען די געפֿאָדערטע סיסטעם גערופֿען „פֿריי-זילבער". אייגענטימער פֿון זילבער מינען זיינען מיט דער באַוועגונג נאַטירליך געווען צופֿרידען.
עס האָבען זיך באַוויזען פֿאַרשידענע ביכער און בראָשורען איבער דעם ענין. און הונדערטע עם האַרצים מיט גלאַטע צינגלעך האָבען געהאַלטען רעדעם וועגען „פֿריי-זילבער".
פֿון דיזער זילבער באַוועגונג איז אַרויסגעוואַקסען אַ פּאָלי-טישע פּאַרטיי וואָס האָט געמאַכט דעם איינדרוק, אַז זי איז ראַדי-קאַל. זי האָט געהייסען „פּיפּעלם פּאַרטי", אָדער „פּאָפּוליסטישע" פּאַרטיי. איהר פֿונדאַמענט איז געווען דער פֿאַקט, אַז דער פֿאַרמער האָט פֿאַר זיין ווייץ באַקומען נאָר פֿערציג סענט אַ בושעל. ווען געלד זאָל ביליגער ווערען, וואָלט ער באַקומען אַ העכערען פּרייז. אי דער העכערער פּרייז וואָלט געהאַט אַ קלענערען ווערט, האָט מען דאָם ניט געוואָלט פֿאַרשטעהן. איין זאַך האָט אָבער יאָ געהאַט אַ ממשות: מיט דעם ווערטה פֿון 700 דאָלאַר וואָלט אַ פֿאַרמער געקענט אָפּצאָהלען אַ מאָרטגיידזש פֿון טויזענט.254אַזוי ווי די „פּיפּעלם פּאַרטי" האָט אַטאַקירט די באַנקירען פֿון וואָל סטריט מיט די אייזענבאַהן קאָמפּאַניס, האָט זי אויף פֿילע ראַדיקאַל-געשטימטע מענשען געמאַכט דעם איינדרוק, אַז זי איז כמעט אַ סאָציאַליסטישע פּאַרטיי. און אַזוי ווי פֿון דעם אונפּאָפּולערען נאָמען „סאָציאַליסטישע" איז די פּאָפּוליסטישע פּאַרטיי געווען פֿריי, איז זי אַ געוויסע צייט געווען זעהר פּאָפּולער.
וועגען דער זילבער-פֿראַגע האָב איך געהאַלטען אַ לעקטשור אויף ענגליש, אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. איך האָב ערקלערט די אַלגעמיינע געלד-פֿראַגע לויט קאַרל מאַרקס'עם „קאַפּיטאַל", און איך האָב צוגלידערט אַ בוך פֿון פּראָפֿעסאָר טאָוסיג, וועלכען מען האָט דאַן געהאַלטען פֿאַר אַן אויטאָריטעט איבער דער זילבער פֿראַגע. איך האָב אָנגעוויזען ווי לעכערליך דער זילבער פּלאַן איז אַלם אַ „גאולה".
אָט דורך דיזער לעקטשור מיינער איז דער סעקרעטער פֿון נעשאָנאַליסט קלוב נומער דריי געוואָרען פֿאַראינטערעסירט אין מיר. ער האָט איהר אָטענדעט, און נאָך דעם מיטינג האָט ער זיך פֿאַר מיר פֿאָרגעשטעלט, און מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען. דאָם איז געווען אַ מאַן מיט אַ ברייטע פּלייצעם, מיט גרויסע שוואַרצע באַקען-בערד. ער האָט שטאַרק געהונקען אויף אַ פֿום און ער איז געגאַנגען אויף אַ קוליע. זיין נאָמען געדענק איך ניט.
ער האָט מיך איינגעלאַדען אַן עהנליכע לעקטשור צו האַלטען אין זיין קלוב, און דערנאָך האָב איך באַקומען אַן איינלאַדונג צו דעם קלוב נומער צוויי.
דער דאָזיגער „נעשאָנאַליסט" איז געווען נאָהענט צו בע-לאַמי'ן, און אויף זיין פֿאָרשלאַג האָט דער פֿאַרפֿאַסער פֿון „לוקינג בעקוואָרד" מיך איינגעלאַדען אויף דינער. איך האָב געפֿונען ניט קיין הויכען, ניט קיין דיקען בלאַנד-האָריגען מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרייסיג אָדער פֿערציג, מיט אַ בלייכען, גע-צערטעלטען, כמעט וויבערשען פּנים און מיט דער שפּראַך און מאַ-נירען פֿון אַ שעמעוודיגען מענשען. מיר האָבען גערעדט וועגען דער באַוועגונג, וועגען אונזער סאָציאַליזם און וועגען זיין „נאַציאָנאַ-255ליזם". ער האָט מיר אַפֿען ערקלערט, אַז ער איז מיט'ן סאָציאַליזם באַקאַנט געוואָרען ערשט נאָכדעם ווי ער האָט שוין זיין „לוסינג בעקוואָרד" כּמעט אויפֿגעשריבען, און אַז ער גלויבט ניט, אַז אין אַמעריקא וועט אונזער באַוועגונג קענען האָבען ערפֿאָלג.
דער סאָציאַליזם איז אַן אידעאַל פֿון אייביגען פֿרידען; אַלזאָ, מוז מען צו איהם צוקומען אויך מיט פֿרידען, — אַזוי האָט ער זיך אויסגעדריקט. איך האָב אָפֿגעענטפֿערט, אַז ניט אַלעמאָל קאָן מען מיט פֿרידען קומען צום פֿרידען, ווייל מאַכט-האָבענדע גיבען זייער מאַכט מיט גוטען ניט אָפּ און דיזע מאַכט-האָבענדע צושטערען דעם פֿרידען.
אונזער דעבאַטע איז געווען געפֿיהרט אין אַ העכסט-פֿריינדליכען טאָן. טיילווייז האָט זי געהאָט די פֿאָרמע פֿון שפּאַס. זי איז אָבער געווען אַ גאַנץ ערנסטע. מיר האָבען באַשפּראָכען פֿאַרשידענע פֿראַגען, און איך האָב ביי איהם פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען.
מעהר האָב איך איהם ניט געזעהן. מיט עטליכע יאָהר שפּעטער האָט ער אַרויסגעגעבען אַ ווערק מיט'ן נאָמען „איקוואָליטי" (גלייכהייט), וועלכע איז אייגענטליך אַ פֿאָרטזעצונג פֿון זיין „לוסינג בעקוואָרד". לעזענדיג דיזען בוך, האָב איך געזעהן אַז ווען ער האָט איהם געשריבען, איז ער מיט דער סאָציאַליסטישער טעאָריע שוין געווען אַ סך בעסער באַקאַנט ווי אין דער צייט פֿון אונזער געשפּרעך. „איקוואָליטי" איז פֿיל גרינדליכער און ערנסטער ווי „לוסינג בעקוואָרד". און דערפֿאַר טאַקע איז זיין ערפֿאָלג ניט געווען קיין גרויסער.
עטליכע טעג נאָך מיין באַזוך ביי בעלאַמי'ן, האָב איך פֿון ב. וויינשטיין'ען, דעם סעקרעטער פֿון די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען פֿון ניו יאָרק, ערהאַלטען אַן אָפֿיציעלע מעלדונג, אַז איך בין ערוועהלט געוואָרען אַלס דעלעגאַט צו אַ אינטער256נאַציאָנאַלער אַרבייטער קאָנפֿערענץ אין פּיטסבורג. די מעלדונג איז פֿאַר מיר געווען אַ נייעס, און די גאַנצע קאָנפֿערענץ איז פֿאַר מיר געווען אַ נייעס.
דער פּלאַן איז געווען לוסיען סעניעל'ס. ער איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: אַמעריקא איז אַ לאַנד פֿון אימיגראַציע. אַהער קומען אַרבייטער פֿון אַלע אייראָפּעאישע לענדער. אַלזאָ, דאַרף מען גרינדען אַ אינטערנאַציאָנאַלע ביוראָ, וועלכע זאָל דינען אַלס אַ פֿאַרבינדונגס-פּונקט צווישען די דאָזיגע איינוואַנדערער און דער אַרבייטער באַוועגונג אין זייער אַלטער היים. ווען אַ פֿראַנצויזישער אימיגראַנט, צום ביישפּיל, וועט אין אַמעריקא ניט געהערען צו דער יוניאָן פֿון זיין טרייד, וועט די ביוראָ אויף איהם פֿאָרוואָוען ווירקען מיט דער הילף פֿון זיינע היימישע פֿריינד און גענאָסען. פֿאַרקעהרט: ווען אַן אייראָפּעאישע אינטערנאַציאָנאַלע ביוראָ וועט אַ דאָרטיגען אויסוואַנדערער געבען אַ בריעף צו דער אַמעריקאַנער ביוראָ, זאָל מען איהם דאָ אַריינברענגען אין דער יוניאָן פֿון זיין טרייד, איהם ווייזען פֿריינדליכקייט און האָבען אויף איהם איינפֿלום אין די אינטערעסען פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער באַוועגונג.
דער פּלאַן האָט אויף מיר ניט געמאַכט קיין איינדרוק. איך האָב ניט געגלויבט אַז מען קען פֿון איהם ערוואַרטען פּראַקטישע רעזולטאַטען. דאָך, ווען די פּיטסבורגער קאָנפֿערענץ וואָלט אונז געבראַכט אין באַריהרונג מיט פֿאָרשטעהער פֿון די גרויסע יוניאָנס, וואָלט דאָס גופֿא געווען נוצליך. זאָלען זיי הערען אונזערע רעדעם. זאָלען זיי זיך דערוויסען וועגען דעם סאָציאַליסטישען כאַראַקטער פֿון דער אייראָפּעאישער אַרבייטער באַוועגונג און וועגען אונזערע פֿאַרבינדונגען מיט איהר. אין דיזען זין האָב איך גערעדט אויף אַ קליינער פֿאַרזאַמלונג פֿון די אַמעריקאַנער גענאָסען אין באָסטאָן, — אַן אַבשידס-מיטינג פֿאַר מיין אָפּפֿאָהרען קיין ניו יאָרק.
דעם טאָג, ווען איך בין געקומען קיין ניו יאָרק, איז אויף דעם אדרעם פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" פֿאַר מיר ערהאַלטען געוואָרען אַ בריעף פֿון די אידישע גענאָסען פֿון לאָנדאָן. דער257בריעף האָט ענטהאַלטען אַן איינלאַדונג זיי ווידער צו באַזוכען, דיזען מאָל אויף אַ ספּעציעלען וויזיט צו זיי מיט אַ פּראָגראַם פֿון אַגיטאַציאָנס-רעדעם און לעקטשורם אויף אַ מאָנאַט צייט. ווידער צו זיין אין לאָנדאָן איז מיר געווען אינטערעסאַנט. אַ חוץ דעם וואָונש זיך צו זעהן מיט מיינע ניי-ערוואָרבענע פֿריינד און באַקאַנטע, האָט מיך געצויגען דער בריטיש מוזעאום מיט זיין וועלט-באַריהמטער ביבליאָטעק. איך האָב געהאָפֿט דאָרטען צו געפֿינען וויכטיגע מאַטעריאַלען פֿאַר מיין אַרבייט איבער סאָציאַליזם און דאַרוויניזם. איך האָב די איינלאַדונג אַלזאָ אָנגענומען, און איידער מיר זיינען געפֿאָהרען קיין פּיטסבורג, האָב איך זיך באַזאָרגט מיט אַ צוויטע קלאַם שיפֿס-קאַרטע קיין ענגלאַנד.
קיין פּיטסבורג איז, אויסער מיר, געפֿאָהרען לוסיען סעניעל, ערנסט באָום, וואַלדינגער און אַ פּאָר אַנדערע דעלעגאַטען, און צוזאַמען מיט אונז — ס. זוסמאַן, דער ביז-אַהעריגער פֿיהרער פֿון אונזערע ניו יאָרקער שוירט-מאַכער און אַ טעטיגער מיטגליד פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אסאָסיאיישאָן". ער איז איצט געפֿאָהרען זיך באַזעצען אין פּיטסבורג.
מיר זיינען געפֿאָהרען ביי טאָג. פֿילע שטונדען האָבען מיר זיך געשלעפּט אין אַן אונערטרעגליכער היץ, מאַטערענדיג זיך אין שטויב און שווייס.258וואָס מעהר איך בין מיט איהם באַקאַנט געווען, אַלץ מעהר האָב איך זיך איבערצייגט, אַז ער איז אַ גרויסער „אוטאָפּיסט", אַ טרוימער. איך האָב זיך אָבער אויך אַלץ מעהר איבערצייגט וואָס פֿאַר אַ טייערער מענש ער איז, וואָס פֿאַר אַ אידעאַליסטישער פֿייער עם פֿלאַמט אין זיין האַרצען און ווי בערייט ער איז פֿאַר זיינע אידעאַלען זיך צו אָפּפֿערען.
שמועסענדיג אין דעם וואַגאָן, וועלכער האָט אונז געפֿיהרט קיין פּיטסבורג, האָט ער מיר דערצעהלט אייניגע אינטערעסאַנטע איינצעלהייטען פֿון זיין לעבענס-געשיכטע. ער איז געבאָרען געוואָרען אין פּאַריז און זיין פֿאָטער האָט אַנטייל גענומען אין דער רעוואָלוציע פֿון 1848. ער — לוסיען סעניעל — איז דאַן געווען אַ בּאַי פֿון דרייצעהן יאָהר, און ער איז געקראָכען אויף די באַריקאַדען, שפּילענדיג זיך אין רעוואָלוציע, אָבער נעהמענדיג דאָס גאַנץ ערנסט. עטליכע יאָהר שפּעטער האָט ער שטודירט אין דעם פּאַריזער פּאָליטעכניקום, וואו איינער פֿון זיינע לעהרער איז געווען אַ ברודער פֿון דעם פֿילאָזאָף אָוגוסט קאָנט. דער לעהרער איז צו דעם יונגען סעניעל'ן צוגעבונדען געוואָרען. ער האָט איהם איינגעלאַדען צו זיך און דאָרטען האָט ער איהם פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זיין באַריהמטען ברודער. סעניעל איז מיט איהם גוט באַקאַנט געוואָרען און איז באַגייסטערט געוואָרען פֿאַר זיין „רעליגיע פֿון דער מענשהייט".
שפּעטער, ווען אין אַמעריקא האָט געפֿלאַקערט די מלחמה צווישען נאָרטה און סאָוטה, איז סעניעל געווען אַ מיטאַרבייטער אין דער פּאַריזער צייטונג „טאַן", וועלכע איז דאַן געווען פֿריי געזאַנענער ווי זי איז היינט, און די רעדאַקציע האָט איהם געשיקט קיין אַמעריקא צו האָבען אַן אינטערוויו מיט פּרעזידענט ליןקאָלן. דערביי האָט ער אויך געהאַט אַ געהיימע שליחות פֿון די פּאַריזער ראַדיקאַלען, וועלכע האָבען געוואָלט אַרונטערוואַרפֿען נאַפּאָלעאָן'ם פֿלימענניק, נאַפּאָלעאָן דעם דריטען, פֿון דעם פֿראַנצויזישען טראָהן, און גרינדען אַ רעפּובליק. די שליחות איז באַשטאַנען אין דעם, אַז סעניעל זאָל געוואָר ווערען ביי לינקאָלן'ע'ן, אויב ער וואָלט געשטיצט אַזאַ באַוועגונג און אנערקענט די פֿראַנצויזישע רעפּובליק.259וואָס לינקאָלן האָט איהם געענטפֿערט געדענק איך ניט.
צוריק קיין פֿראַנקרייך איז סעניעל שוין ניט געפֿאָהרען. ער איז פֿאַרבליבען אין אַמעריקא, וואו ער האָט געהייר@ט מיט אַן אַמעריקאַנערין און געהאַט מיט איהר עטליכע קינדער. זיין ערשטער וויזיט אין פּאַריז, זינט ער האָט עמיגרירט, איז, דאַכט זיך, געווען דאַן, ווען מיר זיינען ביידע דורך פּאַריז געפֿאָהרען קיין בריסעל.
מיר זיינען געקומען קיין פּיטסבורג. די פֿאַררויכערטע שטאָדט מיט איהרע בערגיגע געסלעך געסלעך האָט אויף מיר געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק.
אויף דער קאָנפֿערענץ זיינען זיך צוזאַמענגעפֿאָהרען דעלעגאַטען פֿון פֿאַרשידענע יוניאָנס, פֿון פֿאַרשידענע טיילען פֿון לאַנד, מייסטענס אַמעריקאַנער אָדער דייטשען. איך געדענק הויפּטזעכליך איינעם פֿון זיי: אַ מיינער מיט'ן נאָמען מעקבריייד. די ווייסלען פֿון ביידע אויגען זיינען ביי איהם געווען באַשפּריצט מיט די בלויע פֿלעקען, וועלכע מען זעהט אָפֿט ביי די וואָס אַרבייטען אין די מינען.
ווען סעניעל האָט פֿאָרגעבראַכט זיין פּלאַן, האָט דיזער מעקבריייד, צוהערענדיג זיך, אָפֿט געשמייכעלט מיט אַ גיפֿטיגען שמייכעל. עם איז לייכט געווען צו זעהן אַז סעניעל'ם ערקלערונגען און די גאַנצע סאָציאַליסטישע רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטען, קומען איהם אוים קאָמיש. וואָס אַנבעטרעפֿט די אַנדערע אַמעריקאַנער דעלעגאַטען, האָבען זיי זיך געהאַלטען אַזוי ווי סעניעל וואָלט צו זיי גערעדט כינעזיש. אייניגע האָבען געקוקט אויף איהם מיט נייגעריגקייט, אַנדערע זיינען געזעסען אַזוי ווי מען זיצט אין טשוירטש בשעת דער גלח האַלט אַ שווערע דרשה.
ווען סעניעל האָט געענדיגט, האָט מעקבריייד גענומען דאָס וואָרט. ער האָט דעם פּלאַן אויסגעלאַכט. דערנאָך האָב איך גערעדט. איך האָב אויף מעקבריייד'ס רעדע געעטפֿערט אָפֿענפֿערען מיט שאַרפֿע ווערטער, אָבער יענער האָט זיך זאָגאַר ניט260צוגעהערט. עם זיינען געווען אַנדערע רעדעם. סעניעל האָט געענטפֿערט אויף אַלע געגנערישע אַרגומענטען.
פֿון דעם פּלאַן איז גאָרנישט געוואָרען. דורך דער הילף פֿון די סאָציאַליסטישע דעלעגאַטען איז יאָ אָנגענומען געוואָרען אַ באַשלום וועגען אַ ביוראָ, אָבער ווייטער פֿון דעם פּראַקטאָקאַל איז דאָם ניט געגאַנגען.
אזוי ווי האָומסטעד איז נאָר צוועלף אַמעריקאַנער מייל פֿון פּיטסבורג, בין איך אַריבערגעפֿאָהרען אַהין.
איך האָב דאָרטען נאָך געפֿונען די מיליץ. איך האָב געהאַט אַ געשפּרעך מיט אַ פּאָר פֿון די סאָלדאַטען, וואָס האָבען באַוואַכט די שטאָדט — צוויי יונגע ב@ים באַוואָפֿענטע מיט ביקסען און פּיסטאָלעטען. זיי האָבען אָבער זאָגאַר קלאָר ניט פֿאַרשטאַנען וועגען וואָס דאָ האַנדעלט זיך, און פֿאַרוואָם מען האָט זיי אַריבערגעבראַכט צו באַוואַכען די שטעדטעל געגען די אַרבייטער. אַלץ וואָס זיי האָבען געוואוסט, אַז עם איז אַ סטרייק. זיי אַליין האָבען סימפּאַטיזירט מיט די סטרייקער.
— מיר זיינען אַליין אַרבייטער, — האָבען זיי מיר געזאָגט, — ווען אונזער טרייד זאָל רופֿען אַ סטרייק, וועלען מיר נאַטירליך ניט סקעבען, — האָט איינער פֿון זיי באַמערקט. אָבער דאָ זיינען מיר מיטגלידער פֿון דער מיליץ און מיר האָבען געשוואָרען צו זיין טריי; מוזען מיר האַלטען אונזער שבועה.
איך בין געגאַנגען דורך די געסלאָך וואו די סטרייקער האָבען געוואואינט. מייסטע פֿון די איינוואואינער זיינען געווען פֿון סלאַווישע פֿעלקער און מיט אייניגע פֿון זיי האָב איך זיך געקענט צוזאַמענרעדען אויף רוסיש. זייער נויט און נידערגעשלאָגענקייט איז געווען האַרצדרייסענד.
אין פּיטסבורג איז שוין דאַן געווען אַ אידישער קוואַרטאַל פֿון שוירט-מאַכער, שערוט-מאַכער, אייזען אַרבייטער, פּעדלער. ס'איז דאַן געווען אַ סטרייק ביי די שערוט-מאַכער, האָב איך פֿאַר זיי געהאַלטען אַ רעדע וועגען דעם סטרייק. ס. זוסמאַן האָט געגרינדעט אַ אידישע סעקציע פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער-261פּאַרטיי און איך האָב דאָרטען געהאַלטען אַ רעדע. איך האָב אויך געהאַלטען אַ רעדע אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אַמעריקאַנער אַרבייטער.
באַלד נאָכדעם ווי איך האָב זיך אומגעקערט פֿון פּיטסבורג קיין ניו יאָרק, האָב איך זיך געזעצט אויף אַ שיף, וועלכע האָט מיך אַוועקגעפֿיהרט קיין ליווערפּול, און פֿון דאָרטען בין איך מיט'ן באַהן אַריבערגעפֿאָהרען קיין לאָנדאָן.
איך האָב דאָרטען ווידער געהאַלטען לעקטשורם און רעדעם און ווידער געפֿיהרט אַ דעבאַטע מיט אַן אַנאַרכיסט. דיזען מאָל האָט מיך אַרויסגערופֿען אַ קריסט, אַן ענגלענדער מיט'ן נאָמען מאָברי, וועלכער איז דאַן געווען דער פֿיהרער פֿון די ענגלישע אַנאַרכיסטען. די דעבאַטע איז, אַלזאָ, פֿאָרגעקומען אויף ענגליש, און דער פּובליקום איז באַשטאַנען פֿון ענגלענדער און פֿון רוסישע אידען. איך האָב איהם געגעבען אונגעפֿעהר דיזעלבע אַרגומענטען, ווי די וואָס איך האָב געגעבען ש. יאַנאָווסקי'ן, מיט דעם זעלבען משל וועגען דעם בריק, און מיט אַ פֿאָר נייע אַרגומענטען און ביישפּילען.
איך האָב אויך באַזוכט ליעדם און מאַנטשעסטער. אומעטום פֿלעגען אַנאַרכיסטען נאָך דער רעדע שטעלען פֿראַגען, אָדער נעהמען דאָס וואָרט צו רעדען געגען דער לעקטשור; דערנאָך פֿלעג איך אַלעמען ענטפֿערען.
אין מאַנטשעסטער איז נאָך מיינע אַנטוואָרטען צו דער פּלאַטפֿאָרמע צוגעלאָפֿען אַ יונגער מאַן, מיר געגעבען אַ פּאַטש און איז אנטלאָפֿען. עם איז געוואָרען אַ מהומה. די סאָציאַליסטען האָבען אין דער געשיכטע באַשולדיגט אַלע אַנאַרכיסטען, און יענע האָבען געענטפֿערט, אַז ביי אַנאַרכיסטען איז דער איינצעלנער אַליין פֿאַראַנטוואָרטליך פֿאַר זיינע טהאַטען. דער יונגער מאַן האָט מיך אַטאַקירט, ניט ווייל איך האָב איהם מיט עפּעס אָנגעגריפֿען, וואָרים איך האָב אפֿילו ניט געוואואוסט ווער ער איז. אויך האָב איך ניט באַליידיגט זיין פּאַרטיי. דאָם ערגסטע262וואָס איך פֿלעג איהר טאָן איז צו געבען אַ משל, וועלכער האָט געוויזען ווי לעכערליך איהר טעאָריע איז. פֿון מיין רעדע האָט זיך אין איהם צוברענגט זיין פּאַרטיי-גאַל און קיין אַנדער אויסדרוק ווי אַ פֿיזישע באַליידיגונג האָט ער ניט געפֿונען *.
אין ענגלאַנד איז אַ מאָדע, אַז די צייטונגען גיבען אַרויס אפֿישען מיט גרויסע ווערטער צו אַדווערטייזען די אַרטיקלען אין דעם נייעסטען נומער. אַזעלכע אפֿישען פֿלעגט אַרויסלאָזען דער „אַרבייטער פֿריינד" יעדע וואָך. ווען איך בין געקומען פֿון מאַנטשעסטער צוריק קיין לאָנדאָן, האָב איך אין דעם אידישען קוואַרטאַל ביי אַ צייטונגס-פֿעדלער דערזעהן אַן אפֿישע, אויף וועלכער די גרעסטע שורה איז געווען: „אַב. קאַהאַן געפֿאַטשט פֿון אַן אַרבייטער".
איך האָב אָפֿט באַזוכט די סטעפֿניאַקס און די ווועלינגס. ביי די ווועלינגס בין איך עטליכע מאָל געווען צו דינער אָדער סאָפּער און איין מאָל זיינען מיר געגאַנגען אין טעאַטער. מיטעם ווועלינג פֿלעגט מיר דערצייִלען פֿון איהר פֿאָטער. זי האָט, צום ביישפּיל, פֿאַר מיר פֿאָרגעשטעלט ווי קאַרל מאַרקס איז געווען זעהר פּאָפּולער ביי די באַים פֿון דעם געגענד, אין וועלכען זיי האָבען געוואואינט אין לאָנדאָן.
„ווי ער פֿלעגט זיך נאָר באַווייזען אויף אַ באַנק אין פּאַרק לעבען אונזער הויז, פֿלעגען פֿון אַלע זייטען צו איהם קומען באַים. מיר פֿלעגען זיך וואואנדערען פֿון וואואנען זיי נעהמען זיך. און מיין פֿאָטער פֿלעגט זיצען און שמועסען מיט זיי. זיי פֿלעגען איהם ווייזען מעסערלעך און אַנדערע זאַכען, און ער263פֿלעגט אַרייִנגעהן אין זייערע אינטערעסען, אַזוי ווי ער וואָלט אַליין געווען אַ באַי".
איך האָב געהאַט אין זינען איבערצוזעצען דעם קאָמוניסטישען מאַניפֿעסט פֿון קאַרל מאַרקס און פֿרידריך ענגעלס אויף אידיש, און מיין וואואנש איז געווען צו באַקומען פֿון ענגעלס'ן אַ פֿאָררעדע צו מיין איבערזעצונג. ווען מיסעם ווועלינג האָט דאָס געהערט, האָט זי פֿאָרגעשלאָגען מיך פֿאָרצושטעלען פֿאַר איהם.
ער האָט געוואואינט אין זיין אייגענער הויז, און אין אַ געוויסען אָוונד זיינען מיר (זי, איהר מאַן און איך) אהין אַריבערגעפֿאָהרען.
אין דעם אַרטיקעל, וואָס איך האָב וועגען דיזען באַזוך דערנאָך געשריבען אין דער „אַרבייטער צייטונג", געפֿינען זיך די פֿאָלגענדע שורות:
„אַ גאַנץ הויכער, נאָך גאַנץ געזונטער מונטערער מאַן, מיט אַ קלוגען ענערגישען און כוואַטסקען אויסדרוק אויפֿ'ן געזיכט..."
איך האָב באַוואואנדערט זיין לעבעדינקייט און פֿלינקייט. אַלע ווייִלע האָט ער אַ שפּרונג געטאָן אין אַ צווייטען צימער, דאַ נאָך כיבוד, דאַ נאָך אַ בוך אָדער עפּעס אַ צייטונג, און שטעהענדיג אָדער זיצענדיג, האָט ער גערעדט מיט אַ פֿרעהליכער שטימע, אָפֿט מיט אַ גלייכווערטעל. עס איז שווער געווען צו גלייבען אַז דאָס איז אַ מאַן פֿון איבער זיבעציג. דער צימער, וואו מיר זיינען געזעסען, און דער נעקסטער, זיינען געווען פֿאַרנומען מיט ביכער און מיט צייטונגען אויף אַלערליי לשונות. ער האָט געקענט פֿילע שפּראַכען. אַלע סאָציאַליסטישע און מעריד-יוניאָניסטישע צייטונגען פֿון אַלע לענדער פֿלעגט ער באַקומען און לעזען און אַלץ וואָס ער האָט געלעזען האָט ער264געדענקט. ער האָט פֿאַר מיר געלעזען רוסיש און אידיש — אַ פּאָר שורות אין אונזער „אַרבייטער צייטונג".
„איהר מיינט איך קען ניט לעזען לשון הקודש? — האָט ער צו מיר געזאָגט, אויסרעדענדיג די ווערטער „לשון הקודש" מיט דער אויסשפּראַך פֿון אַ דייטשען יהודי. „ניט אומזיסט זאָגען קאַפּיטאַליסטישע צייטונגען, אַז איך בין אויך אַ איד".
אין מיין פּאָקעט האָב איך גראָד דאַן געהאַט באַקאָנין'ס געשיכטע פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַל, אויף רוסיש, אַ בוך וועלכען איך האָב געקויפֿט אין אַ אידישען בוך סטאָר אין לאָנדאָן. ווען ער האָט געהערט וועגען דעם, האָט ער מיך געבעטען איך זאָל איהם ווייִזען דעם בוך. איך האָב איהם געוויזען און ער האָט איבערגעלעזען דעם פֿאָדער-בלאַט.
דערביי האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ער האָט אַמאָל אויך געהאַט דעם בוך, נאָר ער איז פֿאַרשוואואנדען געוואָרען.
אויף אַ טישעל איז געלעגען אַ שעהנער, רייך-געבונדענער אַלבום. האָט מיסעם ווועלינג איהם געעפֿענט פֿאַר מיר. דער אַלבום האָט ענטהאַלטען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַלע סאָציאַליסטישע מיטגלידער פֿון דעם רייכסטאַג — אַ מתנה וואָס ענגעלס האָט באַקומען פֿון די גענאָסען פֿון רייכסטאָג צו זיין זיבעציג-יאָהריגען געבורטס-טאָג.
אין אַ ווינקעל איז געשטאַנען אַ גרויסער אַלטער לעדערנער שטול, אַ ווייכער פֿאָטעל. פּלוצלונג גיט מיר מאַדאַם ווועלינג אַ שטופּ און איך פֿאַל אַריין אין דער לעדערנער קישעלע. זי האָט זיך צולאַכט און ענגעלס האָט פֿרעהליך געשמייכעלט.
— אין דיזען שטול איז מיין פֿאָטער געשטאָרבען, — האָט זי מיר ערקלעהרט.
ענגעלס איז אין יענע יאָהרען געווען פֿאַרנומען מיט זיין אַרבייט איבער דעם דריטען באַנד פֿון קאַרל מאַרקס'עס „קאַפּיטאַל", פֿון וועלכען דער מאַנוסקריפּט איז געבליבען אין ניט קיין פֿאָלשטענדיג פֿאַרענדיגטען צושטאַנד. דאָס איז געווען אַ גרויסע אונטערנעמונג און דערצו נאָך האָט ער געמוזט פֿיהרען אַ265קאָרעספּאָנדענץ מיט צעהנדליגע גענאָסען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. ער איז געווען באַשעפֿטיגט פֿילע שטונדען יעדען טאָג, און די אַרבייט פֿאַר דעם דריטען באַנד איז געגאַנגען לאַנגזאַמער ווי ער האָט געוואואנשען. ווען עלעאָנאָראַ האָט ביי איהם געפֿרעגט ווי עס געהט די אַרבייט, האָט ער געמאַכט אַ מינע פֿון אונצופֿרידענהיים מיט זיך, כמעט פֿון פֿאַרצווייפֿלונג.
עלעאָנאָראַ האָט צו איהם געזאָגט „דו", און איבערהויפּט צו איהם גערעדט ווי צו אַ פֿאָטער, און ער האָט איהר באַהאַנדעלט ווי אַ טאָכטער. ער האָט געבראַכט פֿלעשער מיט ביער און מיר האָבען געטרונקען אַ טאָסט צו דער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע פֿון דער וועלט. ער האָט מיר אָנגעגאָסען אַ צווייטע גלאָז. איך האָב זיך ענטזאָגט.
— איהר ווייסט דאָך, גענאָסע ענגעלס, אַז די אידען זיינען ניט קיין טרינקער, — האָב איך באַמערקט.
— יאָ, דאָס איז טאַקע אַ שאָד, — האָט ער געענטפֿערט מיט אַ שמייכעל, — ווען די אידען וואָלטען געטרונקען אַביסעל מעהר, וואָלטען זיי געווען נאָך בעסער.
איך האָב מיט איהם גערעדט וועגען דער הקדמה צו מיין איבערזעצונג פֿון דעם קאָמוניסטישען מאַניפֿעסט. ער האָט גלייך פֿאַרשפּראָכען דאָס אויפֿצושרייבען און צוצושיקען אַזוי שנעל ווי ער וועט נאָר האָבען צייט. דערביי האָט ער גערעדט וועגען דעם קאָמוניסטישען מאַניפֿעסט אַזוי ווי קאַרל מאַרקס אַליין וואָלט עס געשריבען, אָהן זיין, ענגעלס'עס, מיטאַרבייטערשאַפֿט.
ביים זעגענען זיך, האָט ער אַרויסגענומען זעקס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קאַרל מאַרקס און זיי מיר געגעבען אַלס מתנה פֿאַר מיר און די נאָהענטסטע גענאָסען אין אַמעריקאַ.
פֿון די ענגלישע גענאָסען בין איך אַם נאָהענטסטען באַפֿריינדעט געוואָרען מיט האָנטער וואָטטס'ן, איינער פֿון די טעטיגסטע מיטגלידער פֿון היינדמאַן'ס „סאָשעל דעמאָקראַטיק פֿעדערייִשאָן". איהם האָב איך אויך אָפֿט באַזוכט. ער האָט דאַן געוואואינט עטליכע טריט פֿון דער גרויסער איינדרוקספֿולער פּאַרלאַמענט געביידע. די דירה איז געווען מעבלירט און געפֿיהרט266אויפֿ'ן ענגלישען באַלעבאַטישען שטייגער, מיט בעקוועמליכקייטען און מיט דינסטען. ער איז געווען אַ קאָמיסיאָנער אָדער מעקלער, און ער פֿלעגט קויפֿען און פֿאַרקויפֿען וואָס עס פֿלעגט זיך איהם מאַכען. אַ גאַנצען טאָג פֿלעגט ער טראָגען אַ הויכען קאַפּעלוש, ווי דאַן פֿלעגט טראָגען כמעט יעדער ענגלישער ביזנעסמאַן. אין אָוונד פֿלעגט ער איהם אויסטאָן, אָנטאָן אַ געוועהנליכע דווירבי העט און פֿאַרברענגען כמעט זיין גאַנצע צייט אויף מיטינגען.
אין זיין הויז פֿלעג איך זיך אויך פֿיהלען ווי ביי זיך אין דער היים. זיין משפּחה איז באַשטאַנען פֿון איהם, זיין פֿרוי, איהר ניט פֿאַרהייראַטע שוועסטער און זיינע צוויי קליינע קינדער. ער האָט געהאַט אַ מיידעלע און אַ אינגעלע. דער אינגעלע איז געווען אַ יאָהר דריי אַלט, איינער פֿון די שעהנסטע קינדער, וואָס איך האָב ווען עס איז געזעהן. זיין נאָמען איז געווען דזשעק און ווען ער פֿלעגט אַרייִנקומען זיך מיט מיר באַגריסען, פֿלעגט ער אויסשטעלען די האַנט און זאָגען „גוד איוונינג, מיסטער קנאָהאַן". די „ק" מיט דעם „נ" פֿאָרען זיך ניט אין דער ענגלישער שפּראַך, אָבער אַנדערש פֿלעגט ער מיין נאָמען ניט קענען אַרויסריידען.
פֿאַר מיין פֿאַרלאָזען לאָנדאָן האָב איך באַזוכט דעם באַריהמטען פּאָעט וויליאם מאָרריס, וועלכער איז געווען אַ „רעוואָלוציאָנערער סאָציאַליסט", דאָס הייסט כמעט אַן אַנאַרכיסט, און האָט רעדאַקטירט די וואָכענבלאַט „קאָממאָנוועלטה". מיט אַ געוויסער צייט פֿריהער האָב איך געהערט, אַז ער האָט געענדערט זיין מיינונג אין בעצוג צו פּאַרלאַמענטען און וואָהלען — אַז ער איז שוין פֿאַר באַטייליגען זיך אין דעם פּאָליטישען קאַמף.
ווען איך בין צו איהם געקומען און איהם דערזעהן, בין איך אין זיין געזיכט ענטוישט געוואָרען: זיין רויטלעכער פּנים מיט דער ווייסער באָרד האָט קיין פּאָעזיע ניט אָפּגעשפּיגעלט. ער האָט גיכער אויסגעזעהן ווי אַ ביזנעס-מאַן, ווי אַ מעהלער אָדער אפֿשר אַ העגדלער מיט געהילץ. מיט זיין ריידען האָט ער אויף מיר געמאַכט אַ פֿיל בעסערען איינדרוק.267ער האָט מיר מכבד געווען מיט וויין; אַליין האָט ער פֿאַררויכערט אַ ליולקע, און מיט זיין גאַסטפֿריינדליכקייט האָט ער מיר באַלד געמאַכט פֿיהלען אַזוי ווי מיר וואָלטען געווען גאַנץ נאָהענטע באַקאַנטע. איך האָב געוואָלט וואָס שנעלער צוקומען צו דער וואָהלען-פֿראַגע, כדי צו קענען מעלדען אין דער „אַרבייטער צייטונג", אַז וויליאם מאָררים האַלט שוין אויך מיט אונז (אַ קלאַפּ פֿאַר די אַנאַרכיסטען!); איך האָב אָבער ניט געהאַט קיין מוט. איך האָב זיך געדרעהט און געפּלאָנטערט. ער האָט אָבער גלייך פֿאַרשטאַנען וואָס דאַ איז און ער האָט מיר אַרויסגעהאָלפֿען:
— יאָ, איך האָב געענדערט מיין מיינונג וועגען דעם — האָט ער געזאָגט — איך גלויב, אַז עס שאַדט ניט, אַז סאָציאַליסטען זאָלען זיך אין די וואָהלען באַטייליגען.
איך האָב שיער זיך ניט אַ וואָרף געטאָן איהם קושען.
איך געדענק, ווי איך בין געפֿאָהרען אהיים: אַ גליקליכער, פֿאָרשטעלענדיג זיך דעם עפֿעקט וואָס דאָס וועט האָבען, ווען איך וועל דעם אינטערוויו מעלדען אין דער „אַרבייטער צייטונג".
פֿון ענגלאַנד בין איך דיזען מאָל אין אַנדערע אייראָפּעאישע לענדער ניט געפֿאָהרען. ווען עס האָט זיך געענדיגט מיין באַשטימטע צייט, האָב איך זיך אומגעקערט קיין ניו יאָרק.
[ז׳ 233] אַ פּאַרק אין רעכטען מיטען שטאָדט אױף צו שפּאַצירען און צו האַלטען רעדעם. אַזאַ פּאַרק געפֿינט זיך כּמעט אין יעדער שטאָדט פֿון די ניו-ענגלאַנד סטייטס. אין איינינגע פּלעצער רופֿט מען דאָס „דהי קאָממאָן", אין אַנדערע — „דהי גרין".
[ז׳ 239] זי איז אין אונזער באַוועגונג אָפּגעווען עטליכע יאָהר. דערנאָך איז זי געוואָרען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע רעדנערקע געגען דעם סאָציאַליזם. נאָך זייענדיג אַ סאָציאַליסטקע, האָט זי אַ געוויסע צייט זיך געפֿונען אונטער דעם איינפֿלוס פֿון אַן אַמעריקאַנער געבאָרענעם אידען, אַ ציגאַר-מאַכער מיט'ן נאָמען גאָלדשטיין. גאָלדשטיין איז געווען אַ בעסערער רעדנער ווי זי. ווען ער איז געווען אַ סאָציאַליסט, איז ער געווען אויפֿ-ריכטיג און טריי דער באַוועגונג. שפּעטער האָט ער זיך גע'שמד'ט אויף דער קאַטוילישער רעליגיע, און זי האָט אויך אַזוי געטאָן. דאַן זיינען זיי ביידע געוואָרען אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדיסטען פֿאַר דער קאַטוילישער קירכע און געגען דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. זיי זיינען אַרומגע-פֿאָהרען פֿון שטאָדט צו שטאָדט, אַרויסגערופֿען סאָציאַליסטען אויף דעבאַטען, אָדער אַזוי געהאַלטען רעדעס, און יעדעס מאָל אַטאַקירט אונזערע אידען און אונזער פּאַרטיי אויפֿ'ן ביטערסטען אופֿן. דאָס איז געווען זייער איינציגע באַשעפֿטיגונג און פּרנסה.
[ז׳ 243] שפּעטער האָט ער זיך גענומען הערען אַלם זשורנאַליסט. ער איז געוואָרען אַ שטענדיגער מיטאַרבייטער פֿון דער זונטאָג-אויסגאַבע פֿון דער „ניו-יאָרק וואָירלד", וואו ער האָט געשריבען סענסאַציאָנעלע, ניט-געשטויגענע, ניט-געפֿלויגענע מעשׂות. זיין סאָציאַליזם איז אַוועק מיט'ן רויך. איך האָב איהם אַמאָל באַגעגענט אַ גוט געקליידעטען מיט אַ צופֿרידענעם פּנים. ווען מיר האָבען גערעדט וועגען אונזער באַוועגונג, האָט אין זיינע בלויע אויגען געבליטשעט אַ ציניש בליק.
[ז׳ 262] מיט צוויי און דרייסיג יאָהר שפּעטער, אין דעטראָיט, מישיגען, האָט אַ מיטעל-יעהריגער מאַן ביי אַ באַנקעט מיר ערקלעהרט, אַז ער איז דאָס געווען דער אַנאַרכיסט, וועלכער האָט מיר באַליידיגט אין מאַנטשעסטער. ער האָט מיר פֿאַרזיכערט, אַז שוין לאַנג ווי ער דורשט נאָך אַ געלעגענהייט זיך צו ענטשולדיגען פֿאַר מיר. ער איז רייך; שוין לאַנג קיין אַנאַרכיסט ניט, און קיין אַנדער „איסט" אויך ניט.