268אין ניו יאָרק האָב איך געפֿונען אַן אַנגענעהמען סורפּרײז. בײַם שיף האָט מען מיר אָנגעזאָגט, אַז אין דער צײַט וואָס איך בין געווען אין לאָנדאָן איז צו מיר געקומען מײַן ברודער איציק. צום שיף האָט מען איהם ניט געבראַכט, כדי די באַגעגעניש מיט די גענאָסען זאָל ניט שטערען די אינטימע סצענע פֿון מײַן באַגעגעניש מיט איהם. ווען איך בין אוועקגעפֿאָהרען פֿון דער הײם אין 1881, איז ער געווען אַ קינד פֿון זעקס, זיבען יאָהר. איך בין צו איהם געווען שטאַרק צוגעבונדען. אין מײַן זכרון האָבען געלעבט פֿאַרשידענע עראינערונגען וועגען איהם, מאָמענטען פֿון מײַן שפּילען זיך מיט איהם, היימישע סצענעס אין וועלכע ער איז געווען דער צענטער. אין מײַנע געדאַנקען האָט געקלונגען זײַן קינדערשער קול'כעל, זײַנע רייד. איך האָב געזעהן ווי פֿאַר די אויגען זײַנע האָוואיעם, זײַן ליבטיגען לעבענספֿולען שמייכעל. ער האָט געהאָט רויטע האָר (,,געלע" זאָגט מען אין ווילנא), אַזוי ווי אונזער מוטער, און ער איז אין גאַנצען געווען עהנליך צו איהר. ער איז געווען אַ שעהנער בּאָי און זײַן שמייכעל איז געווען אַ האַרציגער, פֿול מיט זונגעןשײַן.
ווען ער איז געקומען, האָט ב. ווײַנשטיין איהם אָפּגענומען פֿון שיף און זיך געזאָרגט וועגען איהם.
די הויפּט-קוואַרטיר פֿון אונזער אידישער באַוועגונג איז269געווען אין דעם אידישען ,,לײבאָר ליסעאום", אַ צוויי-עטאַזשיגע הויז אין 96 דילנעסי סטריט. דאָרטען איז געווען די רעדאַקציע און דרוקעריי פֿון דער ,,אַרבייטער צייטונג". אויפֿ'ן גראָאונד פֿלאָר איז געווען אַ קאַפֿע, דאָס אייגענטום פֿון דעם אידישען ברענטש פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, און אויפֿ'ן ערשטען פֿלאָר איז געווען אַ זאַל פֿאַר פֿאַרזאַמלונגען. אין דיזען פֿאַר זאַמלונגס-זאַל האָט אויף מיר געוואַרט מײַן ברודער. מיט איהם צוזאַמען זײַנען דאָרטען געזעסען צוויי פֿון אונזערע גענאָסען. ווען איך בין אריינגעקומען, זײַנען זיי ארוים. מיר זײַנען געבליבען אַליין. מיר האָבען זיך צוקושט.
איך האָב אַ גוטען זכרון אויף פּנָים'ער. אָבער מײַן ברודער'ס פּנים האָט זיך שטאַרק געביטען, און איך האָב איהם ניט דער קענט. די רויטע האָר זײַנען געווען די זעלבע און דער בלאָנדער קאָליר און די אַלגעמיינע שטריכען פֿון זײַן געשטאַלט זײַנען אויך געווען די זעלבע, אָבער דער אויסדרוק, דער עיקר פֿון דעם אָנבליק, האָט זיך געענדערט. אָבער דאָס איז ניט די הויפּט-זאַך: איהר לאָזט איבער אַ אינגעלע פֿון זעקס-זיבען יאָהר, און צו אייך קומט אַ בחור פֿון זיבעצעהן-אַכצעהן. אָנשטאָט אַ קינד האָט איהר פֿאַר זיך אַ פֿאַלשטענדיגען מענשען. עס איז גאָר אַן אַנדער וועזען. עס איז אייך אונמעגליך צו פֿיהלען, אַז עס איז דער זעלבער. די גאַנצע עלף יאָהר האָב איך אין מײַן זכרון געהאַט יענעם אינגעלע, און יענער אינגעלע איז ניטאָ. דער וואָס שטעהט פֿאַר מיר איז מיר אונבעקאַנט. איך מוז זיך איינריידען אַז דאָס איז דער זעלבער, און איך קען ניט.
וואָס אַנבעטרעפֿט מײַן ברודער'ס זכרון וועגען מיר, האָט ער מײַן פּנים אינגאַנצען פֿאַרגעסען. נאָר אַ טומאַן איז איהם געבליבען.
פֿון אויפֿרעגונג איז ער געווען בלאַס. זײַן צושראָקענער, פֿאַרשעמטער שמייכעל האָט מיר אויסגעקוקט פֿרעמד. בײַ מיר האָט שטאַרק געקלאַפֿט דאָס האַרץ. מיר האָבען זיך ביידע געשעמט.
— דערקענסט מיך? —האָב איך בײַ איהם געפֿרעגט.
— ניין, — האָט ער געענטפֿערט, זעהר שעמעוודיג.270איך האָב זיך געמאַכט האַרץ, גענומען ריידען צו איהם ווי צו אַ ברודער, גענומען פֿרעגען וועגען אונזער פֿאָטער, אונזער מוטער. איך האָב אָבער ניט געקענט ריידען. טרעהרען האָבען מיך געשטיקט.
אייניגע מינוטען שפּעטער בין איך מיט איהם ארויסגע גאַנגען אויפֿ'ן גאַס, כדי מען זאָל אונז ניט שטערען. אַזוי זײַנען מיר ארומגעגאַנגען בײַ אַ האַלבע שטונדע און גערעדט וועגען דער היים.
אַזוי ווי געהענדיג דאַרף מען זיך ניט קוקען אין די אויגען, איז אונז גרינגער געווען צו ריידען. ווען מיר זײַנען געקומען צוריק, איז מײַן האַרץ געווען פֿול מיט ליבע צו איהם, אַזוי ווי איך וואָלט מיט איהם אימער געווען צוזאַמען.
עס. איז איהם געווען שווער מיר צו זאָגען ,,דו". איך האָב איהם געצוואונגען, און צו דעם האָט ער זיך צוגעוואוינט. רופֿען מיך אָבער מיט מײַן נאָמען האָט ער אימער אויסגעמידען. איך גלויב, אַז דאָס איז געווען דערפֿאַר, וואָס אין דער היים האָט מען מיך גערופֿען מיט מײַן סגולה-נאָמען ,,אַלטער", און דאָ האָט מיך קיינער אַזוי ניט גערופֿען.
איך האָב איהם גענומען רופֿען ,,איסאַאַק", אויפֿ'ן רוסישען שטייגער, און אַזוי איז דאָס בײַ אונז געבליבען.
פֿון די ברידע, וואָס מיר האָבען ערהאַלטען פֿון דער היים, באַלד נאָך זײַן קומען, געדענק איך נאָר מײַן מוהמע פֿײגע'ס. זי האָט פֿאַרגליכען אונזער באַגעגעניש מיט דער באַגעגעניש פֿון יוסף'ן מיט בנימין'ען.
אונזערע עלטערען זײַנען געווען אָרים, און קיין בילדונג האָבען זיי איהם ניט געגעבען. איך האָב געלערנט אַביסעל גמרא און פֿון דער גמרא בין איך אַליין איבערגעגאַנגען צו ,,רוסישע ביכלעך". ער אָבער האָט קיין גמרא ניט געלערנט. און פֿאַר רוסישע ביכלעך האָבען זיי אין באַצוג צו איהם מורא גע האָט טאַמער ברענגען זיי איהם צו דעמזעלבען ,,אומגליק" ווי מיר. ער איז געגאַנגען אין חדר, און האָט געלערנט אַביסעל רוסיש. צו צוועלף יאָהר האָט מען איהם גענומען באַזאָרגען מיט אַ271תכלית. אַ געוויסע צײַט האָט ער זיך געלערנט בײַ אַ יואוועליר, און דערנאָך איז ער געווען אין אַ געשעפֿט פֿון צוקער און טהיי בײַ אונזערען אַ רײַכען קרוב.
דעם ערשטען יאָהר האָב איך איהם ניט געלאָזען געהן אַרבייטען, הגם ער האָט זיך געריסען צו ,,מאַכען אַ לעבען". איך האָב געוואָלט ער זאָל זיך צוערשט אויסלערנען גוט ענגליש; און איך אַליין בין געווען זײַן לעהרער. ווען ער פֿלעגט אויסריידען אַן ענגלישען וואָרט ניט ריכטיג, אָדער פֿאַרגעסען עפּעס, פֿלעג איך פֿאַרלירען מײַן געדולד; אָבער גלײַך פֿלעגט דאָס מיר פֿאַרדריסען און איך פֿלעג איהם נעהמען גלעטען. ער האָט געהאַט אַ בײגיגע אויסשפּראַך און ער האָט זיך גיך אויסגעלערנט לעזען, ריידען און שרײַבען ענגליש. ווען ער איז אָפּגעווען אין אַמעריקא עטליכע מאָנאַט, האָט ער גערעדט ענגליש אַ סך פֿליסינגער ווי רוסיש.
ער איז געווען אַ לעבעדיגער יונג און אַ וואַריםהאַרציגער. ער איז מיר געוואָרען אַלץ טײַערער. איך בין צו איהם צוגע בונדען געוואָרען. ער איז געווען מוזיקאַליש און געהאַט אַ גוטען מוזיקאַלישען זכרון. אַמאָל פֿלעגען מיר צוזאַמען זינגען אונזער פֿאָטער'ס נגונים — אַזעלכע וואָס מיר האָבען ביידע געהערט פֿון איהם. דיזע נגונים פֿלעגען אונז ביידען אַרײַנ ברענגען אין אַ שטימונג פֿון בענקעניש. מיר פֿלעגט אויסקומען זאָנדערבאַר וואָס ער קען דיזעלבע מעלאָדיען. ער האָט זיי געהערט פֿון מײַן טאַטען, פֿון דעם זעלבען טאַטען. די דאָזיגע נגונים פֿלעגען אין אונז פֿאַרשאַרפֿען דעם געפֿיהל, אַז מיר זײַנען ברידער.
אַ פּאָר וואָכען נאָכדעם ווי איך בין געקומען פֿון ענגלאַנד און זיך באַגעגענט מיט מײַן ברודער, האָב איך געהאַט אַ צוווייטען272סורפּרײז, הגם פֿון אַ גאַנץ אַנדער סאָרט: ר. לואים, דער הויפּט פֿיהרער פֿון די אידישע אַנאַרכיסטען, האָט זיך ערקלערט פֿאַר אויס אַנאַרכיסט און פֿאַר אַ סאָציאַל-דעמאָקראַט. ער האָט דאָס געטאָן עפֿענטליך, אין אַ לעקטשור אויף רוסיש, און אויך אין אַן אָפֿענעם בריעף אין דער ,,אַרבייטער צייטונג". ער האָט זיך אינגאַנצען ענטזאָגט פֿון זײַן פֿריהערדיגען גלויבען און זיך ערקלערט איבערצײַגט, אַז אונזער שטאַנדפּונקט אין דער ריכטיגער.
די נײַעס איז אין דער וועלטעל פֿון אונזער באַוועגונג געווען אַ סענסאַציע. לואים'עס ערקלערונג איז געווען אַ טויט-קלאַפּ פֿאַר דער אידישער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג. איך מוז אָבער דאָ זאָגען דעם אמת: צווישען זיך, אין דעם אינערליכען קרײַז פֿון אונזער פּאַרטיי, האָבען מיר מיט זײַן איבערקערעניש זיך ווייניג געפֿרעהט. מיר האָבען איהם ערנסט קיין מאָל ניט גענומען. אין פֿערזענליכע באַציהונגען איז ער געווען אַן אַנגע נעהמער מענש. ער האָט אָבער קיינמאָל ניט געמאַכט דעם איינדרוק פֿון איינעם וואָס קען האָבען איבערצײַגונגען. זײַן אַנאַרכיסטישער פֿייער פֿלעגט אונז אויסקומען קאָמיש. איך פֿערזענליך האָב איהם אימער געגלויבט, אַז ער איז פֿאַרקאַכט אין דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג אַלס אַ ספּאָרט-זאַך און דורך דעם איינפֿלוס פֿון פֿערזענליכע פֿאַרבינדונגען. אין די אַנאַרכיס טישע גרופֿען האָבען זיך געפֿונען גענוג ערנסטע און באַגײַסטערטע מענשען, וועלכע האָבען אמת געגלויבט אין דער מעגליכקייט פֿון אבסאָלוטער פֿרײַהייט און פֿון אַ באַלדינגער רעוואָלוציע. ר. לואים, זייער לידער, איז אָבער ניט געווען איינער פֿון זיי. דאָס וואָס ער איז איצט געוואָרען אַ סאָציאַל-דעמאָקראַט האָט געהאַט אַ מין ווידערטעם. אָבער מלחמה איז מלחמה. אַזוי ווי דאָס איז געווען אַ קלאַפּ פֿאַר'ן שונא, האָבען מיר פֿון דעם געמאַכט אַ גרויסען וועזען. מיר האָבען צוגעגרייט אַ גרויסע אידישע פֿאַרזאַמלונג, אויף וועלכער ער איז ארויסגעטראָטען אַלס אַ מיטגליד פֿון אונזער פּאַרטיי. איך וויל דאָ אויך באַמערקען, אַז אין די שפּעטערע יאָהרען האָט ער די גאַנצע ראַדיקאַלע באַוועגונג אַוועקגעוואָרפֿען, און, ווי מיר האָבען אויבען געזעהן273אין אַ. ראָזענבערג'ס ,,עראינערונגען", איז ער געוואָרען אַ גאַנץ ביליגער דעמאָקראַטישער פּאָליטישען אין שיקאַגאָ*.
אַ געוויסע צײַט שפּעטער האָט אַ צווייטער אַנאַרכיסטישער פֿיהרער, איינער מיט'ן נאָמען גירזשדאַנסקי, זיך אויך ערקלעהרט פֿאַר אַ סאָציאַל-דעמאָקראַט. גירזשדאַנסקי איז געווען דער בעסטער אַנאַרכיסטישער רעדנער אין ניו יאָרק, און הגם ער איז ניט געווען אַזוי טעטיג ווי לואים, איז זײַן איבערקוליען זיך אויך געווען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר די אַנאַרכיסטען (ער איז אויך אין שפּעטערע יאָהרען איבערגעגאַנגען אין זעהר קאָנסערוואַטיווע רייהען). און פֿון פֿילאדעלפֿיא האָט זיך גענומען הערען, אַז בײַ פֿרענער'ן, דעם ליבלינג פֿון די דאָרטיגע אַנאַרכיסטען, איז אויך שטאַרק אָפּגעקילט געוואָרען דער רעוואָלוציאָנערער פֿייער.
בורגין דריקט אויס די מיינונג, אַז דיזע אַלע פֿאַלען פֿון אויסניכטערונג זײַנען געווען דער דירעקטער רעזולטאַט פֿון בערקמאַן'ס שאָס. בערקמאַן האָט געהאַט דעם מוט און די אָפֿערוויליגקייט צו טאָן דאָס וואָס ער האָט געפּרעדיגט, און דאַן איז דייטליך געוואָרען ווי נאַריש עס איז די אַנאַרכיסטישע ,,פּראָפּאַגאַנדא דער טהאַט" (פּראָפּאַגאַנדא דורך גוואַלט-טהאַטען); און אַז מען האָט שוין געעפֿענט די אויגען און געזעהן ווי דום עס איז די אַנאַרכיסטישע טאַקטיק, האָט מען שוין אויך דערזעהן ווי דום עס איז די אַנאַרכיסטישע טעאָריע.
עס זײַנען נאָך, נאַטירליך, געבליבען אַנאַרכיסטען. צווישען די פֿיהרער איז געבליבען זאָלאָטאַראָוו, מייקעל קאָהן, י. מעריסאָן (אַלע דריי זײַנען דערנאָך געוואָרען דאָקטוירים); און פֿון דעם ,,רענק ענד פֿאַיל" איז אויך געבליבען אַ געוויסע צאָהל. אַלס אַ באַוועגונג אָבער האָט דער אַנאַרכיזם אין אידישען קוואָר טאַל דאַן פֿאַרלאָרען יעדע ממשות. און די אַנאַרכיסטען, וואָס זײַנען געבליבען טריי זייערע אידעאַלען, האָבען אין זייער פּראָ גראַם געמאַכט גרויסע ענדערונגען. פֿון זייער פֿריהערדיגען274,,דינאַמיט אַנאַרכיזם" איז געוואָרען אַן אונשולדיגע אבסטראַקטע טעאָריע. איך רייד דאָ דורכאויס וועגען דעם אַנאַרכיזם פֿון די אידישע קוואַרטאַלען. צו יאָהאַן מאָסט'ן און עמא גאָלדמאַן, צום ביישפּיל, האָט דאָס ניט קיין שייכות.
איך האָב ווידער גענומען רעדאַקטירען די ,,אַרבייטער צייטונג". אַרום יענער צײַט האָב איך אָנגעהויבען צו דרוקען סקיצען פֿון י. ל. פּרץ, אונטער דעם אונטערשריפֿט ,,פֿלאי". זיי זײַנען געגאַנגען אונטער אַן אַלגעמיינעם קעפּעל ,,קליינע מעשה'לעך פֿאַר גרויסע קינדער", וועלכע ער אַליין האָט ארויפֿ געשטעלט.
פּרץ איז אין וואַרשאַ געווען באַפֿריינדעט מיט פֿייגענבוים'ס אַ שוואָגער, און דורך איהם זײַנען דאָס אָנגעקומען די מאַנו סקריפּטען. אין אַ רעדאַקציאָנעלען נאָטיץ, וואָס איך האָב געשריבען וועגען דיזע מעשה'לעך, האָב איך זיי אַנאָנסירט אַלס ,,אמת'ע פּערלען, וועלכע וואָלטען שײַנען אין דער ליטעראַרישער קרוין פֿון יעדער שפּראַך".
אַ ספּעציעל שטאַרקען איינדרוק האָט געמאַכט זײַן ער צעהלונג ,,פֿון וואַנען נעהמט זיך דאָס וועקטעל, ער שפּילט פֿאַר'ן טייוועל'". שפּעטער האָבען מיר געדרוקט לענגערע ווערק זײַנע. איך פֿלעג זײַנע זאַכען פֿאָרלעזען פֿאַר די גענאָסען און אָנווייזען אויף דעם הויכען טאַלאַנט, וואָס אין זיי שטעקט.
צוליב דיזע ערצעהלונגען האָב איך אַ געוויסע צײַט געפֿיהרט אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט פּרץ'ן. מיר האָבען זיך דורכגעשריבען אויף רוסיש. ער האָט רוסיש געקענט גוט, נאָר אין אַ פֿאַר עלטער, געדענק איך, האָט ער אַריינגעשטעלט פּוילישע ווערטער אַנשטאָט רוסישע. אַנשטאָט דעם וואָרט ,,ווירעזקאַ" (אויסשניט), צום ביישפּיל, האָט ער געשריבען ,,וויעמקאַ". אין איינעם פֿון275זיינע בריעף האָט ער זיך געבייזערט פֿאַרוואָס מען האָט איהם פֿאַרשפּעטיגט צו שיקען זיין האָנאָראָר. „אייערע קאָמפּלימענטען זיינען מיר אָנגענעהם, — האָט ער מיר געשריבען, — מיט קאָמפּלימענטען אַליין קען איך אָבער ניט לעבען".
אַז מיר האָבען אין דער „אַרבייטער צייטונג" געאַרבייט כמעט אומזיסט, אָדער דורכאויס אומזיסט, מיט דעם איז ער וואַרשיינליך ניט געווען באַקאַנט. אַמעריקא האָט זיך אונזערע לאַנדסלייט פֿון דער אַלטער היים אימער פֿאָרגעשטעלט אַלם אַ לאַנד וואו דאָלאַרס וואַלגערען זיך איבער די גאַסען. אין אַמעריקא איז פֿאַראַן אַ אידישע צייטונג, שמידט זי מסתמא גאָלד.
די ערשטע ערצעהלונגען, וואָס מיר האָבען באַקומען פֿון פּרץ׳ן, דערמאָנען מיר אָן אַ סימפּאַטישער גרופּע אינטעליגענטע אַמעריקאַנער, וועלכע האָבען זיך באַזעצט אין דעם אידישען קוואַרטאַל און מיט וועלכע איך בין באַפֿריינדעט געוואָרען. איך האָב איבערגעזעצט אַ פּאָר פֿון די קירצערע זאַכען פּרץ׳ס, אום פֿאַר זיי דאָס פֿאַרצולעזען. איינער פֿון זיי, אַ אינטערעסאַנטער אַמעריקאַנער מיט׳ן נאָמען דזשיימס ק. פֿאָלדינג, האָט געהאַט אַ פֿיינעם ליטעראַרישען געשמאַק. און איהם האָב איך ספּעציעל געהאַט אין זינען. איך האָב איהם געוואָלט ווייזען וואָס אַ טאַלאַנטען עס וווייזען זיך אין אונזער שפּראַך.
פֿאָלדינג, איינער משאַרלם ב. סטאָווער און מיין אַלטער פֿריינד עדוואַרד קינג האָבען זיך באַזעצט אין 146 פּאָרסייט סטריט, און צו זיי פֿלעגען אָפֿט אריינקומען עטליכע אַנדערע אַמעריקאַנער יונגע לייט. די גרופּע איז געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער יוניוואָוירסיטי סעטלמענט באַוועגונג, וועלכע איז נאָך דאַן געווען אַ צימליך נייע זאַך*.276די ערשטע יוניוואָוירסיטי סעטלמענט איז געווען געגרינדעט אין דעם אידישען קוואַרטאַל (26 דילענסי סטרים, לעבען קריסטי). איך וויל צוערשט זאָגען אַ פּאָר ווערטער וועגען מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט דיזען אַנשטאַלט, און דאַן וועלען מיר איבערגעהן צו דער דערמאָנטער גרופּע.
דער געגענד איז שוין דאַן געווען אַ אידישער; עס האָט דאָרטען אָבער נאָך געוואוינט אַ היבשע צאָל איירישע און דייטשע פֿאַמיליען (איצט וואוינען דאָרטען אידען און איטאַליענער). איך האָב אַמאָל געפֿרעגט דעם דירעקטאָר אָדער דער העד-וואָירקער — הערמאַן ראָבינסאָן האָט ער געהייסען — פֿאַר וואָס מען האָט גראָד אויסגעקליבען דעם אידישען קוואַרטאַל, איז זיין ענטפֿער געווען:
— איין אורזאַכע איז, ווייל די אידישע קינדער זיינען אינטערעסאַנטע. זיי האָבען גייסטיגע אינטערעסען. צווישען זיי צו אַרבייטען איז אַ פֿאַרגעניגען.
דער פּרעזידענט פֿון דער סעטלמענט איז געווען סעטה לאָו, דער דאַמאָלסדיגער פּרעזידענט פֿון קאָלאָמביא קאָלעדזש, איינער פֿון די אָנגעזעהענסטע בירגער פֿון ניו יאָרק און ברוקלין (אַליין האָט ער געוואוינט אין ברוקלין). ער האָט געהאַט אַ שם פֿאַר אַן איידעלען, אינטעליגענטען און ליבעראַלען מענשען. ער איז געווען אַ פֿיהרער פֿון דער „סיטיזענס יוניאָן" — אַ ניו יאָרקער געזעלשאַפֿט וועלכע ערקלערט אַלם איהר אויפֿגאַבע צו זאָרגען זיך וועגען אַן עהרליכע ריינע שטאָדט-רעגירונג, און צו באַקעמפֿען קאָרופּטע פּאָליטישענס. שפּעטער, ווען ברוקלין, קווינס און סטעטען-אײַלענד זיינען פֿאַראייניגט געוואָרען מיט ניו יאָרק, איז277ער עלעקטעד געוואָרען אַלם דער ערשטער מעיאָר פֿון „גרייטער ניו יאָרק".
אין דער יוניוואָוירסיטי סעטלמענט פֿון דילענסי סטריט בין איך צוויי מאָל געווען איינגעלאַדען צו האַלטען אַ פֿאָרטראָג (אויף ענגליש). איין מאָל האָט מען מיך געבעטען ריידען וועגען דעם עיקר פֿון דער סאָציאַליסטישער טעאָריע. סעטה לאָו איז געווען אַנוועזענד, און נאָך דער לעקטשור האָט ער מיר געשטעלט אייניגע פֿראַגען. צו דער צווייטער לעקטשור האָב איך אַלם טהעמאַ פֿאָרגעשלאָגען דעם פֿרייהייטס-קאַמף אין רוסלאַנד, און זי איז אָנגענומען געוואָרען. איך האָב געמאַכט אַ פֿאַרגלייך צווישען די יוניוואָוירסיטי סעטלמענט טוער אין אַמעריקא און די ערשטע רוסישע רעוואָלוציאָנערען, די „נאָראָדניקעם", וועלכע זיינען „געגאַנגען אין פֿאָלק". די „נאָראָדניקעם" זיינען געווען געבילדעטע פּריצישע קינדער, וועלכע האָבען זיך באַזעצט צווישען אָרימע אונווויסענדע מענשען מיט׳ן צוועק זיי צו ענטוויקלען, און דאָס זעלבע קען מען זאָגען וועגען די יונגע לייט און פֿרויען פֿון די יוניוואָוירסיטי סעטלמענטם. אָבער דאָ הערט די עהנליכקייט אויף. יענע זיינען געווען סאָציאַליסטען און רעוואָציאָנערען. זיי האָבען געקעמפֿט פֿאַר פֿרייהייט, און אין דיזען קאַמף האָבען זיי געשטעלט אין קאָן זייערע לעבענס. דאָ אין אַמעריקא זיינען די אומשטענדען גאַנץ אַנדערע. צו פֿיהרען אַזאַ קאַמף, ווי עס איז דאַן געפֿיהרט געוואָרען אין רוסלאַנד, איז ניט געווען נויטיג. דאָך, ווען די סעטלמענטם וואָלטען געווען סאָציאַליסטישע, וואָלט אין זיי געטאָן געוואָרען גאַנץ אַנדערע אַרבייט. די רוסישע „פֿאָלק-געהער" האָבען געפֿרעדיגט געגען די רייכע אַזוי גוט ווי געגען קיסר; וועהרענד די „יוניוואָוירסיטי סעטלמענטם" ווערען אַליין אויפֿגעהאַלטען פֿון רייכע. זיי ווילען די וועלט ניט איבערמאַכען. זיי זיינען מיט איהרע אונגלייכהייטען און אונגערעכטיגקייטען צופֿרידען.
איך האָב דעם אונטערשיד אַרויסגעבראַכט אויף אַ העפֿליכען, פֿריינדליכען, אָבער דייטליכען אופֿן. איך האָב די סעטלמענטם קריטיקירט אָפֿען; און די אינטעליגענטע אַמעריקאַנער האָבען מיך אויסגעהערט אויפֿמערקזאַם און אויך פֿריינדליך. וואָס איך278האָב זיי דערצעהלט וועגען די רוסישע פֿאָלק-געהער האָט זיי פֿאַראינטערעסירט אָהן אַ ברעג.
נאָך דעם מיטינג האָט מיך אַרומגערינגעלט אַ גרויסע גרופּע זייערע און ווידער האָבען זיך אָנגעהויבען פֿראַגען און ענטפֿערם.
איך האָב זיי באַזוכט נאָך אַ פּאָר מאָל, געשמועסט מיט זיי, באַקוקט די פֿאַרשידענע „קלאַבם", וואָס זיי האָבען געפֿיהרט, זיך צוגעקוקט צו די קינדער, וואָס האָבען דאָרטען פֿאַרבראַכט די פֿרייע צייט.
אין איינעם פֿון מיינע געשפּרעכען מיט מיסטער ראָבינסאָן׳ען, דעם העד-וואָירקער, האָב איך איהם געפֿרעגט וועגען דעם אונטערשיד צווישען באָאים פֿון די פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטען, וואָס קומען אריין אין זיין סעטלמענט, און זיין ענטפֿער איז געווען:
— ווען עס קומט אריין אַן איירישער באָי, נעמט ער זיך גלייך צו באָקסינג-גלאָווס. אַ אידישער באָי ווידער פֿאַנגט גלייך אָן אַ דעבאַטע מיט וועמען עס איז.
סאָציאַליסטען האָבען הויפּטזעכליך געזעהן די קאָמישע זייט פֿון דער באַוועגונג: פֿאַבריקאַנטען אָדער באַנקירען גיבען געלט מיט דעם צוועק אַז אַרבייטער, פֿון וועמעם פּראָצע זיי ווערען רייך, זאָלען אין זייער אָרימקייט זיך פֿיהרען „צירליך-מאַנירליך". איך האָב אָבער גלייך איינגעזעהען, אַז דורך דעם יוניוואָוירסיטי סעטלמענט ווערט אויפֿגעטאָן אַ געוויסער סאָרט גוטע אַרבייט, אַז צווישען די טוער געפֿינען זיך דענקענדע און פֿאָרטגעשריטענע מענשען, און אַז דורך זייער באַריהרונג מיט די מאַסען קומען אייניגע פֿון זיי צו צום סאָציאַליזם.
די עטליכע געבילדעטע אַמעריקאַנער, וואָס האָבען געוואוינט אין 146 פֿאָרסיט סטריט, האָבען מיט דער יוניוואָוירסיטי סעטלמענט פֿון דעלענסי סטריט קיין פֿאַרבינדונג ניט געהאַט. זיי האָבען איהר קריטיקירט. זיי האָבען געטאָן זעלבסטשטענדיגע סעטלמענט אַרבייט, און מען קען זאָגען, אַז זיי זיינען געווען די אמת׳ע גרינדער פֿון דער באַוועגונג אין די אידישע קוואַרטאַלען.
דער אויבען דערמאָנטער פֿאָלדינג איז אַן אייניקעל פֿון279דעם אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער פֿאָלדינג, וועלכער איז געווען אַ ליטעראַרישער שותף צו וואַשינגטאָן אוירווינג, און האָט מיט איהם צוזאַמען פֿאַרפֿאַסט אייניגע ווערק. פֿאָלדינג, דער אייניקעל (ער האָט זיין זיידען׳ם ערשטען און מיטעלסטען נאָמען — דזשיימס קוירקאָפֿ) האָט געענדיגט אַ אוניווערסיטעט אין אַמעריקא און אויך אין דייטשלאַנד. ער האָט געקענט דייטש און פֿראַנצויזיש, איז געווען באַלעזען אין די בעסטע ווערק און האָט געהאַט אַ טיפֿע ליבע צו ליטעראַטור און קונסט. אין אַמעריקא באַגעגענט מען אַזאַ טיפֿ ניט אויף טריט און שריט אפֿילו היינט. אין יענע יאָהרען איז ער. געווען נאָך זעלטענער. זיין פֿאָטער איז אויך געווען אַ געבילדעטער מאַן. זייער פֿאַמיליע שטאַמט פֿון די האָלענדישע אימיגראַנטען, וועלכע האָבען געגרינדעט די שטאָדט ניו יאָרק.
146 פֿאָרסיט סטריט איז אַ געוועהנליכע אָרימע טענעמענט הויז אין רעכטען מיטען פֿון דעם אידישען קוואַרטאַל. אויף דעם טאָפּ פֿלאָר פֿון דיזען הויז האָט פֿאָלדינג געהאַט אַ וואוינונג פֿון עטליכע צימערען. אויף די פֿלאָרס זיינען ביי איהם ניט געווען קיין קאַרפּעטם; און די מעבעל איז געווען אַן איינפֿאַכע. אַלץ האָט אָבער געשפּיגעלט מיט ריינקייט און מיט דעם חן און געשמאַק פֿון אַן אינטעליגענטען, איידעלען לעבען.
אין דיזע צימערען זיינע פֿלעגען קומען באָאים פֿון אָרימע אידישע פֿאַמיליעם און פֿאָלדינג פֿלעגט מיט זיי לעזען און ערקלערען זיי ליטעראַרישע ענינים. און טאַקע דאָ פֿלעגען דיזע באָאים מאַכען זייער „האָם וואָירק", לערנען זייערע לעסאָנס פֿון סקול (אייניגע פֿון זיי זיינען שפּעטער געוואָרען באַקאַנטע פֿערזענליכקייטען, ווי צום ביישפּיל: דער איצט-באַריהמטער סקולפּטאָר עפֿשטיין, וועלכער געפֿינט זיך אין ענגלאַנד, און דר. הענרי מאָשקאָוויטש, וועלכער איז גוט באַוואוסט אין ניו יאָרק אַלם כלל-טוער. ווען זיי זיינען נאָך געווען באָאים, פֿלעג איך זיי זעהן אין פֿאָלדינג׳ם צימערען).
איך בין מיט פֿאָלדינג׳ען באַפֿריינדעט געוואָרען און פֿלעג איהם אָפֿט באַזוכען. מיר פֿלעגען שמועסען וועגען דער רוסישער ליטעראַטור, מיט וועלכער ער איז באַקאַנט געוואָרען דורך280דייטשע אָדער פֿראַנצויזישע איבערזעצונגען. אויך פֿלעגען מיר ריידען וועגען דער סאָציאַלער פֿראַגע. דער סאָציאַליזם האָט צו איהם שטאַרק אַפּעלירט, הגם ניט די טעאָרעטישע מאַרקסיסטישע זייט.
סטאָווער און קינג האָבען געוואוינט אויפ׳ן „סטופֿ". סטאָווער איז געווען ענערגישער און טעטיגער ווי פֿאָלדינג; דערפֿאַר אָבער האָט ער זיך ווייניגער אינטערעסירט מיט ליטעראַטור און קונסט.
אויף די אַנדערע פֿלאָרס האָבען געוואוינט אידישע פֿאַמיליעם, און זייערע קינדער פֿלעגען אָפֿט באַזוכען דעם גראָונד-פֿלאָר אָדער דעם טאָפּ-פֿלאָר, וואו זיי זיינען אימער געווען ווילקאָמען.
אַרום פֿאָלדינג׳ען און סטאָווער׳ן האָבען זיך אַרומגעקלעפּט עטליכע אַנדערע געבילדעטע אַמעריקאַנער יונגע לייט. איינער פֿון זיי האָט געהייסען גודדעיל, אַ הויכער, אַ שעהנער יונגער יענקי. ער האָט זיך באַזעצט אין אַ טענעמענט הויז אויף דער אַכטער סטריט, מיט דעם זעלבען צוועק, מיט וועלכען פֿאָלדינג און סטאָווער האָבען געוואוינט אויף פֿאָרסיט סטריט.
מיט אַמעריקאַנער ראַדיקאַלען פֿלעג איך זיך אויך זעהן אין אונזער אַמעריקאַנער ליבער ליסעאום, אין 64 איסט 4טע סטריט און אין איינעם פֿון בעלאַמי׳ם ניו יאָרקער קלובען. דאָס איז געווען „נעשאָנאַליסט קלאָב נומער דריי", אָבער קיין נעשאָנעליסט קלאָבם „נומער 1" און „נומער 2" איז אין ניו יאָרק שוין אייגענטליך ניט געווען. ווען זיי האָבען זיך געגרינדעט, זיינען זיי באַשטאַנען פֿון רייכע מענשען פֿון די הויכע פֿענסטער, אַזוי ווי אין באָסטאָן. ביי זיי איז דאָס אויך געווען אַ מאָדע-זאַך. און די מאָדע האָט זיך אין ניו יאָרק געהאַלטען נאָך ווייניגער ווי אין באָסטאָן. פֿון די צוויי קלאָבם איז גאָרניט געוואָרען. דער „קלאָב נומער 3" אָבער איז באַשטאַנען פֿון281גאַנץ געוועהנליכע מענשען, וואָס האָבען ליעב געהאַט צו הערען אַ ראַדיקאַלען וואָרט. די לעקטשורם, וועלכע פֿלעגען אָפֿגעהאַלטען ווערען זונטאָג נאָכמיטאָג אין אַ פֿאַרזאַמלונגס-לאָקאַל אויף וועסט 23טע סטריט, זיינען אימער געווען גוט באַזוכט. אַ היבשער טייל פֿון דעם עולם איז דאָ פֿון אָנהויב אָן באַשטאַנען פֿון ענגליש-ריידענדע מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, און די לעקטשורערס זיינען דאָס רוב אויך געווען אונזערע (איך פֿלעג דאָ לעקטשורען גאַנץ אָפֿט). אַ היבשע צאָל פֿון די קלוב-מיטגלידער זיינען טאַקע געווען מיטגלידער פֿון אונזער פּאַרטיי. צום קלוב האָבען געהערט אַנדערע אַמעריקאַנער אויך, און מייסטע פֿון די קלוב מיטגלידער, וואָס האָבען צוערשט צו אונזער פּאַרטיי ניט געהערט, זיינען דערנאָך אין איהר אריינגעטראָטען. ביסלעכווייז איז געקומען אַ צייט ווען דער „נעשאָנעליסט קלאָב נומער 3" איז נאָר אין נאָמען געווען אַ „נעשאָנעליסט" קלוב. אין דער ווירקליכקייט איז ער געווען אַ ברענטש פֿון אונזער באַוועגונג. און ענדליך האָט ער דעם נאָמען אויך אויפֿגעהערט צו געברויכען. ער איז אָפֿיציעל געוואָרען אַ ברענטש פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי.
צווישען די, וואָס פֿלעגען אָפֿט באַזוכען די זונטאָגדיגע לעקטשורם פֿון דעם „נעשאָנעליסט קלאָב נומער 3", איז געווען דעניעל דעליאָן, מיט וועמען מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען אין דעם צווייטען באַנד. דאָרטען האָבען מיר איהם געזעהן אַלם מיטגליד פֿון דער הענרי דזשאָרדזש באַוועגונג. שפּעטער האָבען מיר איהם באַגעגענט אין דער רעדאַקציע פֿון דעם „וואָירקמען׳ם עדוואָקעיט", ווען לוסיען סעניעל איז געווען דער רעדאַקטאָר. שוין דאַן האָט ער אַרויסגעוויזען אַ אינטערעם אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. איצט, אין 1892, האָט דיזער אינטערעם זיך אין איהם געמערקט נאָך דייטליכער. אין די קורצע רעדעם, וואָס ער האָט געהאַלטען, אַנטייל נעמענדיג אין די דעבאַטען נאָך די לעקטשורם פֿון דעם „נעשאָנעליסט קלאָב נומער 3", האָט ער ביסלעכווייז זיך גענומען אויסשפּרעכען אַלם אַ פֿאָלשטענדיגער סאָציאַליסט. און ווען מען האָט איהם איינגעלאַדען282צו האַלטען אַ לעקטשור, איז די לעקטשור געווען אַן אויסגעצייכענטער סאָציאַליסטישער פֿאָרטראָג.
ער איז איבערהויפֿט געווען אַ גלענצענדער רעדנער און לעקטשורער. ער איז געווען אַ הויך-געבילדעטער און פֿעהיגער מענש, מיט אַ שטאַרקער רעדנער-קראַפֿט, און זייגער אַ פֿאָרטראַג איז אימער געווען אינהאַלטסרייך, קלאָר ווי קרישטאָל, שטרענג לאָגיש און אינטערעסאַנט. אויפֿ'ן אויסזעהן איז ער געווען אַ שעהנער מאַן, מיט אַ שעהנער שוואַרצער באָרד און שעהנע שוואַרצע האָר, נאָר עטוואָס באַשפּריצט מיט גרויקייט, מיט אַ אינטערעסאַנטען פּנים און אַ זעהר אינטערעסאַנטע קאָפּ.
אין די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען איז ער געווען אַן אויסלענדער (ער איז געווען פֿון וועענעזועלאַ, זיד-אַמעריקא), און ער האָט גערעדט ענגליש אַביסעל מיט אַן אַקצענט, נאָר דעם „ח" פֿלעגט ער אָפֿט אויסריידען אויף אַ שפּאַנישען שטייגער — ווי אַ „ח". ער איז אבער געווען אַ פֿאַלשטענדיגער מייסטער פֿון דער ענגלישער שפּראַך, און צוהערענדיג זיך צו זיינער אַ לעקטשור, פֿלעגט מען זיך גאָר פֿאַרגעסען, אַז ער איז ניט קיין געבאָרענער אַמעריקאַנער אָדער ענגלענדער.
איך געדענק ניט צי ער איז איבערגעגאַנגען צו דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי צוזאַמען מיט דעם גאַנצען „נעשאָנאַליסט קלאָב נומער 3", אָדער אַביסעל פֿריהער. ער איז יעדענפֿאַלם געוואָרען אַ מיטגליד, און פֿאַר אונז איז ער געווען אַ גרויסער געווינס. אין אונזער באַוועגונג האָבען מיר זינט שעוויטש'ן אַזאַ וויכטיגע קראַפֿט ניט געהאַט. און אויב שעוויטש איז געווען פֿיל טאַלאַנטפֿולער אַלם אַגיטאַטאָר און רעדנער ביי די גרויסע פֿייערליכע געלעגענהייטען, מיט מעהר אײַנבילדונגס-קראַפֿט, מיט פּראַכט און פֿאַעזיע אין זיין שפּראַך, איז דעליאָן געווען וויכטיגער אַלם לעקטשורער.
זיין ערשטע לעקטשור פֿאַר דעם אַמעריקאַנער ברענטש פֿון אונזער פּאַרטיי איז פֿאָרגעקומען אין דעם גרויסען זאַל פֿון אונזער לייבאָר ליסעאום, אויף 64 איסט 4טע סטריט. זיין283טעמאַ איז געווען די „מאַרקס טעאָריע". ער האָט מאַרקס'עם הויפֿט ווערק „דאָם קאַפּיטאַל" מיט אייניגע טעג צוריק איבערגעלעזען צום ערשטען מאָל, און די דאָזיגע לעקטשור זיינע איז אין אַ געוויסען זין געווען זיין עקזאַמען אַלם לעקטשורער וועגען דעם טעאָרעטישען סאָציאַליזם.
דאָם איז וואַרשיינליך געווען דער בעסטער פֿאָרטראָג איבער די מאַרקסיסטישע אידעען, וואָם ניו יאָרק האָט ווען עם איז פֿריהער געהערט. אַלע זיינען געווען ענטציקט.
אויף דיזען מיטינג איז פֿאָרגעקומען אַ קלייניגקייט, וועגען וועלכער איך פֿלעג זיך שפּעטער אָפֿט דערמאָנען.
נאָך דער לעקטשור האָט מען, ווי געוועהנליך, „געעפֿענט דעם פּלאָר" פֿאַר די צוהערער, וואָם האָבען זיך געוואָלט מעלדען צום וואָרט, און צום שלום האָט דער לעקטשורער זיי געענטפֿערט. דערביי האָט דעליאָן דעם נאָמען פֿון איינעם פֿון די דעבאַטאַנטען איבערגעדרעהט: אַנשטאָט גאָלדענשטיק האָט ער דעם דעבאַטאַנט אָנגערופֿען גאָלדענשטינק. אַן אַלטער אַמעריקאַנער, וועלכער איז געווען איינער פֿון די צוהערער, האָט געמיינט, אַז ער האָט איינפֿאַך אַ טעות אָון ער האָט איהם פֿאַרריכט. דאַן האָט דעליאָן אַ לאַך געטאָן און דעם זעלבען נאָמען ווידער איבערגעדרעהט, אויף אַן אַנדער שטייגער.
די פּאַסירונג האָט געמאַכט אַן אונאַנגענעהמען איינדרוק. עם האָט זיך פּראָסט ניט געגלויבט, אַז אַ מאַן אין די מיטעלע יאָהרען און אַזאַ געבילדעטער און ענטוויקעלטער, זאָל אָפּטאָן אַזאַ קינדערשען שפּיצעל. אָבער אַזוי ווי די בעסטע און וויכטיגסטע מענשען האָבען פֿעהלערען און באַגעהן אַמאָל אַ נאַרישקייט, האָט מען דערפֿון קיין וועזען ניט געמאַכט. אויף מיין באַגייסטערונג פֿאַר דעליאָנ'ען האָט דאָם קיין ווירקונג ניט געהאַט.
איך האָב איהם געפֿיהרט אויף אונזערע אידישע מיטינגען, און אומעטום איהם פֿאָרגעשטעלט אַלם אונזער נייעם רעדנער און לעקטשורער, אַלם אַ הויך-געבילדעטען און באַנאַבטען מענשען.
איך געדענק ווי איך האָב איהם געפֿיהרט פֿון מיטינג צו מיטינג ביי דער קלאָוק-מאַכער יוניאָן. די אָרגאַניזאַציע האָט284פֿאַרנומען אַלע פּלאָרם פֿון 125 ריווינגטאָן סטריט. יעדע אָפּטיילונג אויף אַ באַזונדער פּלאָר. מיר זיינען, אַלזאָ, געגאַנגען פֿון פּלאָר צו פּלאָר; אומעטום האָב איך איהם פֿאָרגעשטעלט, און ער האָט געהאַלטען אַ קורצע רעדע. איך האָב געהערט, אַז ער קומט פֿון אַ רייכער פֿאַמיליע, און איך פֿלעג דעם פֿאַקט דערמאָנען, אום צו ווייזען, אַז ער האָט געקענט האָבען אַ רייכע קאַריערע, אָבער אַז ער גיט זיך אָפּ צו דער אַרבייטער באַוועגונג. איך געדענק, ווי פֿאַר איינעם פֿון דיזע אידישע מיטינגען, אין 125 ריווינגטאָן סטריט, האָב איך איהם געפֿרעגט וועגען זיינע עלטערען, און זיין ענטפֿער איז געווען, אַז עטליכע מיטגלידער פֿון זיין משפּחה זיינען ריכטער.
אין דעם ווינטער פֿון 1892—1893 האָט ער געהאַלטען לעקטשורם אין ניו יאָרק און אין אַנדערע שטעדט, אַלץ אויף פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי. זיין פּאָפּולאַריטעט איז שנעל געוואַקסען. ער האָט אויך אַטענדעט אַלע געשעפֿטס-פֿאַרזאַמלונגען פֿון זיין ברענטש און די אַלגעמיינע מיטינגען פֿון אַלע ניו יאָרקער ברענטשעם. אומעטום האָט ער זיך באַטייליגט אין די דיסקוסיעם. צוזאַמען מיט זיין פּאָפּולאַריטעט אַלם רעדנער און לעקטשורער איז געשטיגען זיין ראָלע און איינפֿלום אין דער פּאַרטיי גופֿא.
[טאָפּיק] אין פֿילע שטעדט. — הענפֿאָרד. — אַ אידישער פּאָליסמאַן. — אַ פֿאַר שטונדען הינטער גראַטעם. — דר. קראָוסקאָפּף. — וואָלטער וורומען. — גודעיל'ם אָנקעל. — פֿייגענבוים'ם טרייעל
יענעם ווינטער האָב איך אויך באַזוכט פֿילאַדעלפֿיא, באָסטאָן, האַרטפֿאָרד, ניו-בריטעין, ניו-הייוועון, ראָטשעסטער, סיראַקיוז, נואַרק, עליזאַבעטפּאָרט, באַלטימאָר און שיקאַגאָ. איך האָב מיסטענס גערעדט און געלעקטשורט אויף אידיש, אָבער אין איינינע ערטער אויף ענגליש אויך. אין פֿילאַדעלפֿיא, צום ביישפּיל, אין אַ זונטאָג נאָכמיטאָג, האָב איך געהאַלטען אַ285לעקטשור ביי דער דאָרטיגער סענטראַל לייבאָר יוניאָן. אין די דעבאַטען האָט זיך באַטייליגט אַ אינטעליגענטער אַמעריקאנער אַרבייטער מיט'ן נאָמען „בעז" הענפֿאָרד. דאָם איז דער זעלבער הענפֿאָרד, וועלכער האָט שפּעטער געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע אין אונזער פּאַרטיי. און ווען ער איז שוין געווען באַריהמט אַלם סאָציאַליסטישער רעדנער, האָט ער ביי פֿילע געלעגענהייטען עפֿענטליך דערמאָנט יענע פֿילאַדעלפֿיער לעקטשור מיינע. ער פֿלעגט ערקלעהרען, אַז מיט די ענטפֿערם, וואָם איך האָב יענעם זונטאָג געגעבען אויף די אַרגומענטען, וועלכע ער האָט אַרויסגעשטעלט געגען אונזערע אידעען, האָב איך איהם באַקעהרט צום סאָציאַליזם.
דורך אַ לעקטשור, וואָם איך האָב יענעם ווינטער געהאַלטען פֿאַר דער עטהיקעל קאָלטשור סאָסייעטי פֿון פֿילאַדעלפֿיא, אין צום סאָציאַליזם באַקעהרט געוואָרען די הויפֿט-פֿיהרערין פֿון יענער געזעלשאַפֿט, מיסעם ווער.
יענעם ווינטער האָב איך אויך געהאַלטען אַ לעקטשור פֿאַר דער עטהיקעל קאָלטשור סאָסייעטי פֿון ראָטשעסטער. איינגעשטאַנען בין איך דאָרטען ביי דעם אידישען סאָציאַליסט מאַרים בערמאַן, וועלכער איז איצט אויך זעהר טעטיג אין אונזער פּאַרטיי. אין באַצוג צו יענעם מיטינג ביי דער ראָטשעסטערער עטהיקעל קאָלטשור סאָסייעטי דערצעהלט גענאָסע בערמאַן, ווי דער הויפֿט פֿיהרער פֿון דער סאָסייעטי, אַ רייכער יהודי מיט'ן נאָמען סאָלאָמאָן, האָט צוגעפֿאַרטיגט אַ רייהע אַרגומענטען געגען מיר. ער האָט זיי אויפֿגעשריבען אין דער פֿאָרמע פֿון פֿראַגען אויף מיין פֿאָרטראָג. ווען איך בין פֿאַרטיג געוואָרען, האָט ער זיך אויעקגעשטעלט און זיי פֿאָרגעלעזען. איך האָב ביי איהם געפֿרעגט, ווי אַזוי ער האָט פֿאַראויס געקענט וויסען, וואָם איך וועל זאָגען, און איך האָב געוויזען, אַז דאָם רוב פֿון די „קשיות", וואָם ער האָט פֿאַראויס צוגעגרייט, פּאַסען זיך גאָר ניט צו מיין פֿאָרטראָג.
סאָלאָמאָן האָט צוגעגעבען, אַז ער האָט געמאַכט אַ מיסטייק, און ער האָט אויך צוגעגעבען, אַז דער סאָציאַליזם איז אַ טיפֿערער ענין ווי ער האָט געמיינט.286שיקאַגאָ האָב איך יענעם ווינטער באַזוכט אין פֿעברואַר. דעם נעקסטען מאָנאַט, ענדע מערץ, ווען איך בין געווען אין פֿילאַדעלפֿיא, האָט מען מיך אַרעסטירט.
אין פֿילאַדעלפֿיא האָט זיך דאַן געפֿונען אַ אידישער פּאָליס-מאַן, אַן אונווויסענדער יונג פֿון אונגאַרן, מיט דעם נאָמען קאַספּער, אַ ברייטער, אַ שטאַרקער, מיט שוואַרצע האָר און אַ געשטופֿעלטען פּנים. מיט אַ פֿאָר יאָהר פֿריהער האָט ער אויף אַ מיטינג אַרעסטירט דעם פֿיהרער פֿון די אַנאַרכיסטען, פֿרענער'ן, און איינעם פֿון אונזערע טעטיגסטע גענאָסען פֿון פֿילאַדעלפֿיא, מאיר גיללים. די באַשולדיגונג געגען זיי איז געווען, אַז פֿרענער האָט גערופֿען דעם עולם צו אַ רעוואָלוציע און אַז גיללים האָט איהם אונטערשטיצט און געמאַכט אַ קאָלעקשאָן פֿאַר דער רעוואָלוציע. מען האָט זיי פֿאַראורטיילט צו פֿריזאָן און זיי זיינען אָפּגעזעסען אַכט מאָנאַט.
מיך האָט קאַספּער אַרעסטירט נאָכדעם ווי איך האָב געהאַלטען אַ רעדע אויף אַ מיטינג ביי די פֿילאַדעלפֿיער שוירט-מאַכער אין דער צייט פֿון אַ סטרייק. די גאַנצע געשיכטע איז געווען לעכערליך. אויף דעם מיטינג איז ניט אויסגעקומען אַפֿילו צו דערמאָנען דעם וואָרט „רעוואָלוציע"; מיין רעדע איז באַשטאַנען אין אַ געוועהנליכער ערקלערונג ווי וויכטיג עם איז פֿאַר די אַרבייטער צו האַלטען זיך פֿעסט און צו בלייבען טריי זייער אייניגקייט.
די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך געענדיגט. איך בין אַרויסגעגאַנגען פֿון האָל, און באַגלייט מיט עטליכע גענאָסען און יוניאָן-לייט, האָב איך זיך פֿאַרנומען אין דער ריכטונג פֿון דעם וואָקזאַל. ווען איך בין אָפּגעגאַנגען עטליכע טריט, איז קאַספּער אויף מיר אַרויפֿגעפֿאַלען און האָט מיר געגעבען אַ כאַפּ מיט ביידע לאַפּעם, אַזוי ווי איך וואָלט געווען אַ געפֿעהרליכער פֿאַרברעכער. צוזאַמען מיט מיר האָט מען אויך אַרעסטירט צוויי פֿון די פֿיהרער פֿון דער שוירט מאַכער יוניאָן, לעווין און סולאַנסקי.
מען האָט אונז געבראַכט אין אַ סטיישאָן-הויז און פֿאַר287שפּאַרט אין סעלם. אָבער באַלד האָט מען אונז אַרויסגענומען אויף בעיל.
אויף מאָרגען האָט מען מיך פֿאָרגעבראַכט פֿאַר אַ פּאָליציי-ריכטער מיט'ן נאָמען דעוולין.
— וואָם איז די באַשולדיגונג? — האָט ער געפֿרעגט.
— דיזער מאַן האָט געהעצט סטרייקער צו מאַכען אַ ראַיאָט — האָט קאַספּער געענטפֿערט.
איך האָב געפֿרופֿט ערקלעהרען ווי לעכערליך דאָם איז. דער דזשאָדזש האָט מיר אָבער ניט געלאָזען. מיין אונשולד וועל איך קענען באַווייזען אויפֿ'ן טרייעל, האָט ער געזאָגט, און ער האָט מיך געשטעלט אונטער פֿינף הונדערט דאָלאָר בעיל. די געשיכטע האָט געמאַכט אַ גערודער אין פֿילאַדעלפֿיא. אויף קאַספּער'ן האָבען די אידען דאַן געקוקט ווי אויף אַ מין פֿאָנגראָמשטשיק.
ווער עם האָט קאַספּער'ן געהייסען אָדער „צוגערעדט" צו אַרעסטירען סאָציאַליסטען, איז קיינמאָל קלאָהר ניט באַווויזען געוואָרען. מען האָט דאַן געזאָגט, אַז אידישע מאַנופֿעקטשורערם האָבען דאָם געטאָן אום צו באַזייטיגען די פֿיהרער און רעדנער פֿון די אידישע יוניאָנס. עם איז אויך געווען אַ מיינונג, אַז ער האָט זיין סאָציאַליסטען-פֿרעסעריי אָנגעפֿיהרט אין די אינטערעסע פֿון די רעפּובליקאַנישע פּאָליטישענס פֿון דעם אידישען קוואַרטאַל.
די אָנשטענדיגע אידישע באַפֿעלקערונג פֿון דעם אידישען קוואַרטאַל, שוין ניט ריידענדיג פֿון די אָרגאַניזירטע אַרבייטער, האָבען דעם בויאַנסקען אידישען פּאָליסמאַן געהאַסט. ער האָט דעם געגענט טעראָריזירט. ווען די געשיכטע פֿון מיין אַרעסט איז באַקאַנט געוואָרען צווישען די אַמעריקאַנער און דייטשע יהודים, האָט דאָם אויף זיי אויך געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק.
דער דאָמאָלסדינער רעפֿאָרמירטער הויפֿט-ראַבינער פֿון פֿילאַדעלפֿיא, דר. קראָוסקאָפּף, האָט אויסגעשפּראָכען אַ מיינונג, אַז קאַספּער'ן דאַרף מען מופֿען פֿון דעם אידישען קוואַרטאַל אין אַן אַנדער געגענד; אַז עם איז אַ שאַנדע וואָם מען ערלויבט אַזאַ נפֿש צו שטערען די רעדע-פֿרייהייט. דר. קראָוסקאָפּף האָט זיך זאָגאַר גענומען עפּעם טאָן וועגען דעם.288מיין אַלטער באַקאַנטער, וואָלטער וורומען, וועלכער איז אין דעם צווייטען באַנד פֿון דיזען ווערק דערמאָנט געוואָרען אַלם אַ סאָציאַליסטישער „באָי אָרעימאָר", איז איצט געווען דער „העד וואָירקער" פֿון דער יוניווואָירסיטי סעטעלמענטם אין פֿילאַדעלפֿיא. ווען ער האָט זיך דערוואוסט פֿון דער געשיכטע, האָט ער געאַרבייט מעשים. די געזעלשאַפֿט וואָם האָט אויפֿגעהאַלטען זיין „סעטלמענט" איז באַשטאַנען פֿון אינטעליגענטע ליבעראַל-געשטימטע אַמעריקאַנער, און איינינע פֿון זיי זיינע געווען באַקאַנטע איינפֿלוסרייבע מענשען אין שטאַדט. אַלזאָ, האָט ער געהאָפֿט מיט זייער הילף דעם אידישען קוואַרטאַל צו באַפֿרייען פֿון קאַספּער'ן.
אין דער געשיכטע האָט זיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירם איינער אַ גודדעיל, אַן אינטעליגענטער אַמעריקאַנער איינוואוינער פֿון פֿילאַדעלפֿיא, אַן אָנקעל פֿון דעם יונגען גודדעיל פֿון דער אַמעריקאַנער גרופּע, פֿון 146 פֿאָרסיטה סטריט, ניו יאָרק. ווען דער יונגער גודדעיל האָט געהערט וועגען מיין אַרעסט און פֿון דעם קאַספּער-טעראָר, האָט ער די גאַנצע געשיכטע מיט ענטריטטונג באַשריבען אין אַ בריף צו זיין אָנקעל, דער עלטערער גודדעיל איז דאַן אַריינגעגאַנגען צו דעם ריכטער דעוולין און האָט איהם געוויזען זיין פֿלימעניק'ם בריף.
„קאַהאן איז אַ פֿאָרשטעהער פֿון סימפּאַטישע באַוועגונגען אין ניו יאָרק — האָט ער געזאָגט — מיר דאַרפֿען זיין שטאָלץ מיט אַזעלכע מענשען. צום סוף, ווען ער קומט אין פֿילאַדעלפֿיא האַלטען אַ רעדע, אַרעסטירט מען איהם גאָר. דער פּאָליסמאַן קאַספּער טעראָריזירט דעם אידישען קוואַרטאַל. אַזעלכע פּאָליס-לייט זיינען אַ שאַנדע פֿאַר פֿילאַדעלפֿיא."
דער פֿילאַדעלפֿיער גודדעיל האָט מיט פּאָליטיקם ניט געהאַט קיין שייכות; ער איז אָבער געווען פֿיין געקליידעט און געהאַט אַן אינטערעסאַנטען וואָשנעם אויסזעהן; אַלזאָ האָבען זיינע ווערטער און דער בריף פֿון זיין ניו יאָרקער פֿלימעניק געמאַכט אַן איינדרוק אויפֿ'ן פּאָליס-דזשאָדזש. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז דער פּאָליס-דזשאָדזש האָט די קיים געגען מיר און די צוויי יוניאָן-פֿיהרער „געקוואַשט" (פֿאַרניכטעט).289מיר האָבען ערוואַרטעט אַז דער פֿאָליס-דזשאָדזש וועט זעהן אַז די העכערע פֿאָליציי-בעאַמטע זאָלען אונטערזוכען די קאָספּער-פֿראַגע און קאָספּער'ן משלח זיין. דאָס איז אָבער ניט געשעהן. און דר. קראָוסקאָפּף'ס און וורומען'ם אָנשטרענגונגען האָבען זיך אויך אויסגעלאָזען מיט גאָרניט.
די פּאָליטיקס פֿון פֿילאַדעלפֿיא איז צו קאַרופּט, און די וואָס זיינען געשטאַנען הינטער קאָספּער'ן האָבען געהאַט אַ צו שטאַרקען צד אין טיש. אָנשטאָט באַשטראָפֿט צו ווערען, איז קאָספּער געוואָרען נאָך מעהר תקיף ביי זיך. ווען ער האָט געהערט וואָס מען קלייבט זיך צו טאָן געגען איהם, האָט ער זיך אויסגעלאָכט. — „איך וועל אויסראָטען יעדען סאָציאַליסט פֿון פֿילאַדעלפֿיא — האָט ער זיך באַריהמט פֿאַר אַ אידישען רעסטאָראַן-קיפּער — איך וועל ניט רוהען ביז איך וועל זיי שיקען אויף דער תליה."
אַ קורצע צייט שפּעטער האָט ער אַרעסטירט נאָך איינעם פֿון אונזערע ניו יאָרקער רעדנער, ב. פֿייגענבוים'ען.
פֿייגענבוים'ען האָט ער באַשולדיגט, אַז ער האָט זיך פֿאַרמאָסטען מיט אַ שטעקען אויף איהם.
דיזע קיים איז געקומען צו אַ טריִעל, און עס איז באַוויזען געוואָרען ווי לעכערליך קאָספּער'ם באַשולדיגונג איז. דאָס האָט אייגענטליך די דזשורי געקענט אַליין זעהן, פֿאָרגלייכענדיג דעם בריִיטען, געזונטען בויאן קאָספּער, מיט דעם שוואַכען אינטעליגענטען מענשען אויף וועמען ער האָט זיך באַקלאָגט אַז ער האָט איהם געוואָלט שלאָגען. פֿייגענבוים איז באַפֿרייט געוואָרען. דער קאָספּער-טעראָר איז אָבער פֿאָרטגעזעצט געוואָרען, ביז דער אידישער פֿאָליסמאַן איז אַליין אַריינגעפֿאַלען אין טראָבעל.
אַמעריקא האָט דאַן דורכגעלעבט שווערע עקאָנאָמישע צייטען. עס איז געווען אַ היבשע ביסעל אַרבייטסלאָזיגקייט. אָבער אפֿילו פֿריהער, ווען עס איז געווען גענוג באַשעפֿטיגונג, האָט דער290אידישער אַרבייטער אין אַמעריקא אויך געוואוינט אין אָרימקייט און דחקות. די גרויסע ווידזשעס, די שעהנע וואוינונגען און די גוטע קליידער, וועלכע פֿילע פֿון אונזערע אַרבייטער געניסען היינט, האָבען זיך גענומען באַוויזען ערשט אין שפּעטערע יאָהרען. אין דער צייט, ביי וועלכער מיר האַלטען דאָ, וואָלט דער דורכשניטליכער אַרבייטער אַזעלכע זאַכען באַטראַכט אַלם לוקסום. ווי איך האָב שוין באַמערקט אין דעם פֿריהערדיגען באַנד: אין פֿאַרגלייך מיט דעם לעבען פֿון אַ בעל-מלאכה אין אונזערע אַלטע היימען האָבען אונזערע היגע אַרבייטער געלעבט ברייט, אָבער ווען מען האָט דאָס געמאָסטען אויף דער היינטיגער אַמעריקאַנער מאָס, איז זייער עקזיסטענץ געווען אַ גאַנץ קלעגליכע.
די ניו יאָרקער טענעמענט-הייזער זיינען געווען צרה'דיג געבויט, איינע האַרט ביי דער צווייטער. לופֿט און ליכט האָבען געהאַט נאָר די צימערען וואָס זיינען אַרויסגעקומען צו דער סטריט אָדער צום יאַרד. פֿילע פֿון די רומס זיינען געווען אַבסאָלוט פֿינסטער. זומער אין די היצען איז אין זיי געווען אונמעגליך צו אָטעמען, און טויזענדער מענשען פֿלעגען מוזען נעכטיגען אויף די רופֿס.
דער לעזער האָט זיך אודאי אָנגעהאָרט וועגען דער סוועטינג-סיסטעם, וואָס האָט דאַן געהערשט אין די אידישע נאָדעל-טריידם, — ווי מען האָט געאַרבייט ביי אַ קאָנטראַקטאָר, אין די זעלבע רומס וואו דער קאָנטראַקטאָר האָט געוואוינט מיט זיין פֿאַמיליע, אין שרעקליכער ענגשאַפֿט, אין אַ שטיקענדער לופֿט און אין שמוץ — אין אַ נעסט פֿון קראַנקהייטען. דאָס אַלץ איז ניט איבערטריבען אויף אַ האָר.
און דיזער לעבען האָט זיך אָפּגעשפּיגעלט אויף דעם כאַראַקטער פֿון אונזערע יוניאָנס און פֿון אונזער גאַנצער באַוועגונג.
איינע פֿון די וויכטיגסטע פֿראַגען איז אָפֿט געווען ניט ווי גרויס די ווידזשעס זיינען, נאָר צי וועט דער אַרבייטער גאָר באַקומען ווידזשעס. צו הערען וועגען אַ קאָנטראַקטאָר, וואָס איז ענדע וואָך אַנטלאָפֿען מיט ווידזשעס פֿון זיינע אַרבייטער, איז געווען אַ גאַנץ געוועהנליכע זאַך. דעריבער איז אויך געווען אַ גאַנץ געוועהנליכע זאַך צו הערען וועגען אַרבייטער פֿון אַ שאַפּ,291וואָס האָבען געכאַפּט די באַנדעלם וואָאַרע פֿאַר די ווידזשעס וואָס זיי האָט געקומט, און וועגען קאָנטראַקטאָרס (אָדער מאַנופֿעקטשורערס, פֿאַר וועלכע זיי האָבען געמאַכט די אַרבייט), וואָס זיינען געגאַנגען אין קאָורט, פֿאָדערען אַז מען זאָל זיי אומקעהרען זייער אייגענטום.
היינט, ווען אַ יוניאָן סעטעלט אַ סטרייק און מאַכט מיט דעם מאַנופֿעקטשורער אַן אַגרימענט, ווערט דער אַגרימענט געהאַלטען. אין יענע יאָהרען האָט מען מייסטענס געהאַט צו טאָן מיט קאָנטראַקטאָרלעך אָדער קליינע מאַנופֿעקטשורערס, מענשען אָהן פֿינאַנציעלע פֿאַראַנטוואָרטליכקייטען. זיי זיינען געווען באַרייט אונטערצושרייבען וועלכען אַגרימענט איהר ווילט. וואָרים ס'איז ביי זיי ניט געווען וואָס צו נעהמען. דער דאָקומענט איז ניט ווערט געווען די פּאַפּיר אויף וועלכער ער איז געווען געשריבען.
נאָך אַ זאַך: קליינע שעפּער איז פֿאַר אַ יוניאָן אונמעגליך צו קאָנטראָלירען. זי מעג באַשליסען אַז מען זאָל ניט אַרבייטען מעהר ווי צעהן שטונדען, וועט מען אַרבייטען צוועלף אָדער פֿערצעהן, און אַ האָן וועט ניט קרייהען. אַרבייטער וואָס זיינען באַרייט צו ברעכען די כללים פֿון דער יוניאָן זיינען אימער געווען גענוג. אַלזאָ איז אונמעגליך געווען אַכטונג צו געבען.
די נעה-מאַשינען זיינען געטריבען געוואָרען מיט „פוט-פּאַוער", איינפֿאַכער גערעדט, מיט די פֿיס, און אַן אָפּערייטאָר מיט קראַנקע פֿיס איז געווען אַזאַ געוועהנליכע זאַך, ווי אַ באָס וואָס איז אַנטלאָפֿען מיט די ווידזשעס.
דער אָפּערייטאָר האָט געמוזט האָבען זיין אייגענע מאַשין. ווען ער איז איבערגעגאַנגען אין אַן אַנדער שאַפּ, פֿלעגט ער מיטנעהמען זיין מאַשין. אויף שפּאַם פֿלעגט מען די נעה-מאַשין רופֿען די „קאַטערינקע", און איינער פֿון די ווערטלעך, וועלכע מען פֿלעגט אָפֿט הערען אויף אונזערע אַגיטאַציאָנס-מיטינגען, איז געווען וועגען דעם ווי דער אָפּערייטאָר „טראָגט זיך מיט זיין קאַטערינקע פֿון שאַפּ צו שאַפּ".
ווען דער קאָנטראַקטאָר האָט געהאַט נעה-מאַשינען, פֿלעגט דער אָפּערייטאָר איהם מוזען צאָהלען רענט פֿאַר דער מאַשין. צווישען די פּונקטען, וואָס מען פֿלעגט אַרויסשטעלען ביי די292סטרייקס, איז געווען אַ פֿאָדערונג, אַז די באָסעס זאָלען געבען די אַרבייטער מאַשינען און ניט נעהמען קיין רענט פֿאַר זיי.
אין די גרויסע סטרייקס פֿלעגט מען פֿאָדערען אַז די מאַנופֿעקטשורערס זאָלען זיין פֿאַראַנטוואָרטליך פֿאַר די ווידזשעס פֿון זייערע קאָנטראַקטאָרס.
פֿילע קלאַגעס פֿון די אַרבייטער געגען די קאָנטראַקטאָרס האָבען זיך באַצויגען אויף דעם אַרט ווי דער באָס אָדער זיין פֿרוי באַהאַנדעלט זיי. צום ביישפּיל: ביי דעם סעטלמענט פֿון אַ סטרייק פֿון די ניע-פֿעטענטס מייקערס יוניאָן, וועלכען איך האָב אַמאָל ביגעוואואינט אין דעם אונטערשטען האַל פֿון דער מיטינג-געביידע וואָס האָט זיך דאַן געפֿונען אין 165 איסט בראָדוויי, האָט אַ פֿינישערין אויסגעשריִען צו דער קאָמיטע:
— זאָל מען אַריינשרייבען אַז די מיסעס זאָל זיך ניט שלאָגען מיט'ן ברום!
און אין אַן אַנדער פּלאַץ האָט מען געפֿאָדערט אַז „די מיסעס" זאָל די פֿינישערינס ניט צווינגען צו העלפֿען איהר מאַכען שבת.
אין דער אַלטער היים האָט אין יענע יאָהרען דער באַלעבאָס פֿון אַ וואַרשטאַט אָן אַרבייטער באַהאַנדעלט ווי אַ „יונג" און אַן אַרבייטער-מיידעל ווי אַ „דינסט"; און אַזוי ווי דער שניידער-שאַפּ אין אַמעריקא איז דאָס רוב אויך געווען דעם באָס'עס דירה, האָבען זיך די קאָנטראַקטאָרס אָפֿט דאָ געפֿיהרט אויפ'ן אַלטען היימישען שטייגער.
פֿון צייט צו צייט האָב איך געהאַט אַ קאָנטראַקטאָר אַלם שילער, און איך פֿלעג איהם געבען זיינע לעססאָנס ביי איהם אין הויז, דאָס הייסט אין שאַפּ. אויף דיזען אַרט בין איך באַקאַנט געווען מיט אַ צעהנדליג שעפּער און מיט די שרעקליכע אומשטענדען אונטער וועלכע די אַרבייט איז פֿאָרגעקומען. אין אַ קליינעם צימער אַרום אַ גליהענדען אייזערנעם אויוועלע, אין וועלכען עס האָבען שטענדיג זיך „געבראָטען" די פּרעס-אייזענס, צווישען בערג מיט באַנדעלם וואַאַרע, אין אַ שווערער לופֿט, האָט געפּראַצעוועט אַ גרופּע מענשען, צעהן, צוועלף, אָדער זאָגאַר מעהר שטונדען נאָכאַנאַנד, און אָפֿט פֿלעגען אייניגע פֿון293זיי דאָ בלייבען נעכטיגען — שלאָפֿען אויף די באַנדעלם. און אין אַ נעקסטען צימער, וועלכער איז אויך געווען פֿול מיט וואַאַרע, מיט מאַשינען און מיט אַרבייטער, איז געווען די קיטשען, און עס האָבען זיך אַרומגעדרעהט דעם קאָנטראַקטאָר'ם קינדערלעך.
מען דערצעהלט אָפֿט ווי אונזער באַוועגונג האָט פֿאַרניכטעט דיזע שווייץ-סיסטעם. דאָס איז אמת. עס זיינען אָבער פֿאַרהאַן אייניגע מיספֿאַרשטענדניסען דערביי.
צום ביישפּיל: עס וואָלט געווען אַ טעות צו מיינען אַז אַלע אַרבייטער, אָדער אפֿילו אַ מיאַריטעט פֿון זיי, האָבען געוואָלט באַפֿרייט ווערען פֿון דיזער סיסטעם. דער פֿאַקט איז אַז אַ גרויסע, גרויסע צאָהל פֿון זיי איז זי ליבער געווען ווי גרויסע גראַמע ליכטיגע פֿעקטאָרים מיט עלעקטריש-געטריבענע מאַשינען, מיט גוטער געזונטער לופֿט.
ערשטענס, האָט מען אין אַזאַ פֿאַבריק געדאַרפֿט אַרבייטען שבת, און דאָס האָט אַ גרויסע צאָהל פֿון אונזערע אַרבייטער ניט געוואָלט טאָן. צווייטענס, וואָלט מען אין אַזאַ פֿאַבריק געדאַרפֿט זיין געקליידט ציכטיג און היינטיג, מיט אַ ווייסען קראָגען מיט אַ שניפֿס, מיט געפּוצטע שיך, און צו דעם זיינען די מיטעל-יעהריגע און עלטערע אידישע אימיגראַנטען-אַרבייטער דאַן ניט געווען געוואואינט. און די בעסערע בעל-מלאכה'ס, די שניידער פֿון דער היים, זיינען מייסטענס געווען פֿון דיזען קלאַם.
מיר האָבען אויבען געזעהן ווי דער שווייץ-שאַפּ איז געווען פֿאַרבונדען מיט די געוואוינהייטען פֿון דעם אַלטמאָדישען בעל-מלאכה פֿון רוסלאַנד, ליטא, פּוילען, גאַליציען און רומעניען. דער שניידער וואָס איז פֿון דיזע געגענדען אַריבערגעקומען קיין אַמעריקא, האָט זיך אין דער היים אייגענטליך אויסגעהאָדעוועט אין אַ שווייץ-שאַפּ. פֿון קינדווייז אויף האָט ער טאָג און נאַכט געאַרבייט אין אַ וואַרשטאַט וואָס איז צו דער זעלבער צייט געווען דעם באַלעבאָס' דירה.
„געוואוינהייט ברעכט אייזען". אַ גרויסע צאָהל פֿון אונזערע אַרבייטער האָבען זיך פֿאַר אַ מאָדערנעם שאַפּ געשראָקען.
אין דעם קאַמף געגען דער שווייץ-סיסטעם זיינען די מאַנופֿעקטשורערס294און זייערע קאָנטראַקטאָרס אַלזאָ ניט געווען די איינציגע וועמען מען האָט געהאַט צו באַקעמפֿען. עס איז געווען נאָך אַ געפֿעהרליכער שונא: די היימישע געוואוינהייטען פֿון די אַרבייטער גופֿא. וועהרענד געגען די ערשטע האָט די יוניאָן געקעמפֿט מיט סטרייקס אָדער מיט דער געפֿאַהר פֿון אַ סטרייק, האָט זי זי געגען דעם „אינערליכען שונא" געקעמפֿט מיט דער אויפֿקלערונגס-אַרבייט, ערציהונגס-אַרבייט וואָס זי האָט געטאָן מיט אונזער הילף. אַ דאַנק אונזער טעטינקייט איז די יוניאָן געווען ניט נאָר אַ קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע, נאָר אויך אַ קולטור-פֿאַרשפּרייטענדער צענטער. די רעדעם און די לעקטשורם וואָס מיר פֿלעגען האַלטען פֿאַר די אַרבייטער, די „אַרבייטער צייטונג" וועלכע מיר האָבען פֿאַר זיי אַרויסגעגעבען, די פּערזענליכע באַקאַנטשאַפֿט וואָס די ווייניגער ענטוויקעלטע אַרבייטער האָבען דורך דער יוניאָן געמאַכט מיט מעהר ענטוויקעלטע אַרבייטער, די סאָציאַליסטישע אַרבייטער יום-טובים וועלכע מיר פֿלעגען פֿאַר זיי מאַכען, און — אַלגעמיין ריידענדיג — די וועלט פֿון פֿאָרטגעשריטענע געדאַנקען, אין וועלכער מיר האָבען זיי אריינגעבראַכט — דאָס אַלץ האָט טויזענדער פֿון זיי ביסלעכווייז ציוויליזירט, געבילדעט, פֿאַר מאָדערנע מענשען געמאַכט.
די צאָהל פֿון די וואָס האָבען זיך געניטיגט אין בעסערע שעפּער, אין בעסערע אַרבייטס-באַדינגונגען, איז געוואָרען אַלץ גרעסער. די שווייץ-סיסטעם האָט ביסלעכווייז פֿאַרלאָרען איהר באָדען. מיר האָבען איהר פֿאַרניכטעט מיט אונזער ערציהונגס-אַרבייט אַזוי גוט ווי מיט דעם יוניאָן-שאַפּ, וואָס מיר האָבען געהאָלפֿען אָרגאַניזירען.
אין דער צייט, ביי וועלכער מיר האַלטען אין דיזען קאַפּיטעל, אין די יאָהרען 1892 און 1893, האָט די אָרטהאָדאָקסישע „טאָגעבלאַט" נאָך אַלץ געהאַט מעהר לעזער ווי די „אַרבייטער צייטונג". פֿילע פֿון די שניידער וואָס פֿלעגען לויפֿען הערען מיללער'ן, הילקאָוויטש'ן, זאַמעטקין'ען אָדער מיך, פֿלעגען אויפֿ'ן מיטינג קומען מיט אַ „טאָגעבלאַט" אין פּאָקעט. און אונזערע יוניאָנס האָבען נאָך אַלץ ניט געהאַט קיין פֿעסטען כאַראַקטער. אָבער די ווירקונג פֿון אונזער טעטינקייט — און מיט „אונזער"295מיין איך דאָ ניט נאָר מיין פּאַרטיי, נאָר אויך אַלע אַנדערע אימיגראַנטען וואָס האָבען געהאָלפֿען אָרגאַניזירען און בויען די אידישע אַרבייטער-באַוועגונג — די ווירקונג פֿון אונזער טעטיגקייט האָט זיך געפֿיהלט גאַנץ שטאַרק.
מאַקס פֿיין, וועלכער איז דאַן געווען דער פֿיהרער פֿון דער ניע-פּעטנטס מאַכער יוניאָן, און איינער פֿון די טעטיגסטע מענשען אין אונזער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, געדענקט אַ באַמערקונג וואָס איך האָב וועגען דיזען ענין געמאַכט אין פֿאַרלויף פֿון אַ רעדע, וועלכע איך האָב געהאַלטען ווען איך האָב זיך אומגעקעהרט פֿון לאָנדאָן אין הערבסט 1892.
„אונזערע יוניאָנס זיינען שוואַך — האָב איך געזאָגט — זיי האַלטען זיך ניט לאַנג. דאָ וואַקסט אַ יוניאָן אויף און ווערט גרויס און שטאַרק, און דאָ ווערט זי אָפּגעשוואַכט, און מען דאַרף איהר ווידער בויען. אָבער ווען איין יוניאָן ווערט אָפּגעשוואַכט, ווערט אַ צווייטע שטאַרק. אונזער אַרבייטער-מאַסע האָט אין זיך אַן אינערליכע קראַפֿט, אַ געבאָרענע ענערגיע, וועלכע אַרבייט כסדר. עס פֿאָדערט זיך נאָר ענערגישע סאָציאַליסטישע ערציהונגס-אַרבייט".
[ז׳ 273] אין דעצעמבער 1918 איז ער באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.
[ז׳ 275] געבילדעטע אוניווערסיטעט-געענדיגטע אַמעריקאַנער באַזעצען זיך אין אַן אָרימען קוואַרטאַל מיט דעם צוועק איינצופֿלאַנצען אַ איינטעליגענטען, איידעלען לעבען אין די קינדער, צו געבען זיי אַ פּלאַץ וואו צו פֿאַרברויינגען די צייט אויף אַן אָנשטענדיגען שטייגער און דורך דעם זיי אויסהיטען פֿון שלעכטער קאָמפּאַניע. אָנשטאַט אַרומצולויפֿען איבער׳ן גאַס און זיך צו חבר׳ען מיט פֿאַרדאָרבענע קינדער, פֿילייכט מיט פֿאַרברעכער, האָבען זיי די געזעלשאַפֿט פֿון אַנשטענדיגע געבילדעטע מענשען, וועלכע געוואוינען זיי צו צו לעזען גוטע ביכער, דיסקוטירען אינטערעסאַנטע ענינים, און צו האָבען ספּאָרטס און אַנדערע צייט-פֿאַרטרייב אויף אַן אַנשטענדיגען אופֿן. די באַוועגונג האָט זיך אָנגעהויבען אין ענגלאַנד, און פֿון דאָרטען איז זי געקומען קיין אַמעריקא. אייניגע פֿון די יונגע אַמעריקאַנער וואָס האָבען זיך אין איהר באַטייליגט זיינען געווען ראַדיקאַל-געשטימט פֿון פֿריהער, אָדער זיי זיינען דאָס געוואָרען דורך זייער סעטלמענט אַרבייט גופֿא.