בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

נײַנטער קאַפּיטל

מײַן דריטע רײַזע קײן אײראָפּאַ

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 296–345, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 296 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
דער רײַזע-פּלאַן. — פֿעלדינג. — אין לאָנדאָן. — באַראַנאָוו. — אין בריסעל. — וואַלדערס.

296די אינטערנאַציאָנאַלע סאָציאַליסטישע קאָנגרעסען זײנען דאַן פֿאָרגעקומען אַלע צוויי יאָהר. דער נעקסטער קאָנגרעס איז אַלזאָ באַשטימט געוואָרען זיך צוזאַמענצוקומען אין אױגוסט פֿון 1893, און אַלס קאָנגרעס-פּלאַץ האָט מען אױסגעקליבען צוריך, שווייץ.

די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען האָבען מיך ווידער ערוועהלט אַלס דעלעגאַט. אױך האָט די נאַציאָנאַל-עקזעקוטיוו פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי מיר געגעבען אַ מאַנדאַט. דעם 19טען מאַי איז פֿאָרגעקומען אַן אָפּשידס-מאַס-מיטינג, וואו אַ חוץ מיר, האָבען גערעדט: מיללער, זאַמעטקין, פֿײגענבױם און דער געוועזענער אַנאַרכיסטישער פֿיהרער, ר. לואים.

איך האָב זיך באַשלאָסען אױף דיזער רײַזע מיינער זיך צו זעהן מיט מײַנע עלטערען. אַזױ ווי פֿאָהרען קײן רוסלאַנד איז פֿאַר מיר געווען אונמעגליך, האָבען מיר אָפּגעמאַכט זיך צו באַגעגענען אין ווינען, וואו עס האָט דאַן געוואױנט מײַן מוהמע פֿײגע'ס עלטערע טאָכטער, רעוועקאַ (זי איז געווען פֿאַרהײראַט, און איהר מאַן, מאַקס ראַמם, האָט דאָרטען געהאַט אַ פֿוטער-געשעפֿט). גראַד איז וויען אױסגעקומען אױף דעם וועג וואָס איך האָב זיך געהאַט אָנגעצייכענט פֿאַר מײַן רײַזע צום קאָנגרעס: לאָנדאָן, פּאַריז, בריסעל, בערלין, מינכען, וויען, צוריך.297דער פּלאַן איז געווען, אַז אַהין זאָלען קומען מײַנע עלטערען, רעוועקאַ'ס עלטערן, רעוועקאַ'ס אינגערע שוועסטער און איך.

דזשיימס ק. פֿאָלדינג אין 1893.
דזשיימס ק. פֿאָלדינג אין 1893.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 296–297)

ווען מײַן אַמעריקאַנער פֿרײַנד, דזשיימס ק. פֿעלדינג, פֿון 146 פֿאָרסיטה סטריט, האָט געהערט אַז איך פֿאָהר אױף דעם צוריכער קאָנגרעס, האָט ער באַשלאָסען מיט מיר מיטצופֿאָהרען. ער האָט געוואָלט זעהן דעם סאָציאַליסטישען קאָנגרעס און פֿאַר אַ יין גאַנג אױך באַזוכען פֿאַרשידענע לענדער אין אײראָפּאַ, וואו ער האָט שױן פֿריהער פֿאַרבראַכט אַ היבשע צײַט. מיר האָבען אַלזאָ די רײַזע געמאַכט צוזאַמען.

קומענדיג קײן לאָנדאָן פֿון ניו יאָרק, האָב איך ווידער געהאַלטען עטליכע רעדעס און לעקטשורס.

די אידישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען פֿון לאָנדאָן האָבען דאַן געהאַט אַ קלוב מיט אַ מיטינג-האָל. שבת-צו-נאַכט פֿלעגען יונגע לײַט קומען אַהין טאַנצען, און דאָס איז געווען אַ קוואל פֿון אײַנקונפֿט פֿאַר דעם קלוב. די פֿרעמדע באַזוכער האָבען זיך כלומר'שט פֿאַרשריבען אַלס מעמבערס; וואָרים לױט דעם געזעץ איז אַ קלוב געווען אָפֿען נאָר פֿאַר מיטגלידער. איך בין אַ פֿאָר מאָל געזעסען לעבען דעם קעשיר בײַם טיר און בעאָבאַכטעט די סצענעס בײַם אַרײַנגאַנג. עס קומט, צום בײַשפּיל, אַרײַן אַ מײדעל. זי גיט אַ וואָרף צוויי קופּערנע מטבעות, רופֿט אױס „דזשאַיקאַבס!" און לאָזט זיך אין זאַל אַרײַן. דאָס הײסט, אַז איהר נאָמען איז דזשעיקאָבס * און זי פֿאַרשרײַבט זיך כלומר'שט אַלס מעמבער. די יונגע לײַט און די מײדלעך זײַנען געווען אָרימער געקליידעט ווי אַן עהנליכער עולם אין ניו יאָרק, און געהאַלטען האָבען זיי זיך אױך אַ ביסעל אַנדערש: פּראָסטער, מיט ווייניגער פּרעטענזיע.

אױף דיזען באַזוך מײַנעם בין איך נעהענטער באַקאַנט געוואָרען מיט מ. באַראַנאָוו'ן. איך האָב זיך מיט איהם געטראָפֿען אױף מײַן פֿאָריגען וויזיט, און אין מײַן זכרון איז ער געווען298פֿאַרצייכענט אַלס „דער שווייגענדער רוסישער רעוואָלוציאָנער". ער פֿלעגט זיצען אין אַ ווינקעל מיט אַ ליולקע אין מױל, רויכערען און שווייגען. איך האָב געוואוסט אַז ער איז פֿון זיד-רוסלאַנד און אַז ער האָט אַנטייל גענומען אין דער רעוואָלוציאָנערער רוסישער באַוועגונג. דיזען מאָל האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז אױסער רויכערען אַ ליולקע קען ער אױך אױסדריקען אַ מיינונג און זאָגען אַ שאַרפֿען וויץ; אַז ער איז אַ באַלעזענער מענש און קען שרײַבען.

אונזערע אידישע גענאָסען, די סאָציאַל-דעמאָקראַטען, פֿון לאָנדאָן האָבען באַשלאָסען אַרױסצוגעבען אַן אייגענע וואָכען-בלאַט. דער „אַרבייטער פֿרײַנד", וועלכער איז אונטער פֿיליפּ קראַנץ'ס רעדאַקציע געווען אַן אונפּאַרטיאישע צייטונג, איז שױן לאַנג געוואָרען אַ רײַן אַנאַרכיסטישער אָרגאַן (מיט ש. יאַנאָווסקי'ן אַלס רעדאַקטאָר). אַלזאָ, האָבען אונזערע גענאָסען זיך געקליבען צו גרינדען אַ רײַן סאָציאַל-דעמאָקראַטישע וואָכען-שריפֿט. זיי האָבען מיך אײַנגעלאַדען צו זייערע קאָנפֿערענצען וועגען דיזען ענין. און איך האָב זיך באַטייליגט אין אַלע זייערע באַראַטונגען. באַראַנאָוו איז אױסערוועהלט געוואָרען צו זיין דער רעדאַקטאָר פֿון דער צייטונג.

פֿון לאָנדאָן בין איך מיט פֿעלדינג'ן געפֿאָהרען קײן פּאַריז. דאָרטען האָב איך איצט פֿאַרבראַכט נאָר אַ פֿאָר טעג. פֿון פּאַריז זײַנען מיר אַוועק קײן בערלין. מיר זײַנען געפֿאָהרען דורך בריסעל, וואו מיר האָבען זיך אָפּגעשטעלט אױף אַ פֿאָר טעג. איך האָב באַזוכט דעם „מעזאָן דע פּעפּל", וואו מיט צוויי יאָהר פֿריהער איז פֿאָרגעקומען דער סאָציאַליסטישער קאָנגרעס; דעם וואונדערבאַרען מיטעל-אַלטערליכען סקווער, וואו עס געפֿינט זיך די ראָטה-הױז, און אַנדערע ערטער וואָס איך האָב דאָ באַזוכט אין 1891. איך האָב אין דיזער שטאָדט פֿאַרבראַכט נאָר אײן וואָך פֿון מײַן לעבען, און דאָך האָט זי איצט אין מיר אַרױסגערופֿען אַ געפֿיהל פֿון בענקעניש. אפֿשר בין איך צו סענטימענטאַל אין דיזע זאַכען און אפֿשר פֿיהלען אַלע אזױ. ערטער, וואָס זײַנען פֿאַרבונדען מיט אייער פֿאַרגאַנגענהייט, זײַנען קברים פֿון אייערע אָפּגעשטאָרבענע יאָהרען. די הױפּט-זאַך אין געווען דער פֿאַקט,299אַז פֿאַר-צוויי-יאָהרען האָב איך דאָ איבערגעלעבט אייגנע פֿון די שטאַרקסטע ערפֿאַהרונגען פֿון מײַן לעבען. אַם שאַרפֿסטען האָב איך די בענקעניש געפֿיהלט בײַ דעם „מעזאָן דע פּעפּל", וואו עס איז פֿאָרגעקומען דער בריסעלער קאָנגרעס. פֿאַר-צוויי-יאָהרען האָט דאָ געקאָכט מיט דעלעגאַטען און צושױקער, געפֿלאַמט מיט פּאַרטיי-לעבען, מיט דעבאַטען, מיט באַגײַסטערונג. איצט האָט דער אָרט אױסגעזעהען פּוסט, עלענד, פֿאַרלאָזען.

איך און פֿעלדינג האָבען באַזוכט דזשאַהן וואַלדערס'ן, דעם פֿיהרער פֿון די בעלגישע סאָציאַליסטען, וועלכער האָט אױף דעם פֿאַר-צוויי-יאָהריגען קאָנגרעס פֿאָרגעלייגט די רעזאָלוציע וועגען דער אידישער פֿראַגע. ער האָט אונז אױפֿגענומען מיט אַן אױפֿריכטיגער וואַרים-האַרציגקייט. איך האָב איהם פֿאָרגעשטעלט מײַן אַמעריקאַנער מיטרייזענדען, און ווען איך האָב איהם געזאָגט אַז ער שטאַמט פֿון די ערשטע האָלענדישע אימיגראַנטען, וואָס האָבען זיך באַזעצט אין ניו יאָרק, האָט ער זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. די איינוואואינער פֿון פֿלאַנדערן, וועלכע איז אַ גרױסע טייל פֿון בעלגיען, געהערען צו דעם זעלבען פֿאָלק ווי די האָלענדער און ריידען דיזעלבע שפּראַך. וואַלדערס איז געווען אַ פֿלאַנדערער; אַלזאָ, איז אױסגעקומען אַז ער און פֿעלדינג געהערען צו דעם זעלבען פֿאָלק. ער האָט ערקלעהרט אַז פֿעלדינג האָט אַן עכט האָלענדישע געזיכט.

שפּעט אין אָוונד זײַנען מיר אַוועק צום צוג, וואָס איז געגאַנגען קײן בערלין. וואַלדערס האָט אונז באַגלייט און מיר האָבען זיך וואַרים געזעגענט מיט איהם.

2
אין בערלין. — בײַ בעבעל'ן. — בײַ זינגער'ן. — אין רײַכסטאַג. — וואַלמאַר. — בעבעל'ס רעדע. — דײַטשע פֿאַרזאַמלונגען. — קלאַראַ צעטקין. — רוסישע סטודענטען.

לױט אַ בריף וואָס איך האָב אין בערלין ערהאַלטען פֿון מײַן קוזינע רעוועקאַ, איז נאָך געווען עטליכע טעג צו מײַנע עלטערען'ס אָנקומען קײן וויען, און איך האָב די עטליכע טעג פֿאַרבראַכט300אין בערלין. אי האָב באַזוכט אױגוסט בעבעל'ן, פּאָל זינגער'ן און ווילהעלם ליבקנעכט'ן, די דרײַ הױפּט-פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער וועלט, מיט וועלכע איך בין באַקאַנט געוואָרען אױף דעם בריסעלער קאָנגרעס. איך האָב מיט יעדען פֿון זיי געהאַט אינטערוויוס פֿאַר אונזער צייטונג און צווישען אַנדערע זאַכען האָב איך מיט זיי גערעדט וועגען דער אַנטיסעמיטישער באַוועגונג, וועלכע איז דעמאָלט אין דײַטשלאַנד געווען שטאַרק אָרגאַניזירט אונטער דער לייטונג פֿון שטעקער'ן און אלוואַרט'ן. אין בעבעל'ס הױז האָב איך זיך געטראָפֿען און געהאַט אַ געשפּרעך מיט ריעץ'ן, דעם פֿאַרלעגער פֿון סאָציאַליסטישע ווערק און רײַכס-טאַגס-דעפּוטאַט.

זינגער האָט מיך אײַנגעלאַדען צו זיך אױף מיטאָג-עסען. ער האָט מיך באַזאָרגט מיט אַ בילעט צו דעם רײַכסטאָג און פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַנדערע פֿון די סאָציאַליסטישע פֿיהרער. דער דײַטשער פּאַרלאַמענט איז נאָך דאַן געווען אין דער אַלטער געבײַדע — אױף לײפּציגער שטראַססע.

מיר איז אױסגעקומען צו זיין אין רײַכסטאָג בײַ אַ וויכטיגער דעבאַטע. ביסמאַרק האָט דאַן פֿאָרגעבראַכט אַ געזעץ-פּלאַן וועגען פֿאַרגרעסערען די אַרמעע, און די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי האָט דאָס שטאַרק באַקעמפֿט. אַראָפּקוקענדיג פֿון דער גאַלעריע, האָב איך געזעהן ווי די דעפּוטאַטען זײַנען אױסגעזעצט לױט זייערע פּאַרטייען, יעדע פּאַרטיי אַ פֿאָרשטעהערין פֿון אַ באַזונדער קלאַס. איך האָב זיך געטראַכט, אַז דיזע גרופֿען שטולען און טישלעך זײַנען אַזױ ווי אַ לאַנד-קאַרטע פֿון די פֿאַרשידענע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע אינטערעסען אין דײַטשלאַנד.

איך געדענק די פֿיגור פֿון דעם באַקאַנטען סאָציאַליסט וואָלמאַר מיט די קוליעס, אַ פֿאָרשטעהער פֿון מינכען, וועלכער איז געווען אַן אָפֿיציר און איז פֿאַרוואונדעט געוואָרען אין דער פֿראַנצױזישער מלחמה פֿון 1870. איך געדענק מיט וואָס פֿאַר אַ פֿרייד און עהרפֿורכט איך האָב באַקוקט בעבעל'ן, ליבקנעכט'ן און זינגער'ן ווען זיי זײַנען אַרײַנגעקומען.

בעבעל האָט געהאַלטען די וויכטיגסטע רעדע יענעם טאָג.301פֿון צײַט צו צײַט האָבען קאַפּיטאַליסטישע דעפּוטאַטען איהם אונטערבראָכען, און ער האָט פֿון זיי יעדען אָפּגעענטפֿערט שאַרף און וויציג, גערוהט און שטאַרק.

פּאָול זינגער.
פּאָול זינגער.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 300–301)

לעבען מיר אױף דער גאַלעריע איז געזעסען אַ קאָמפּאַניע רײַכגעקליידעטע דײַטשען. איינער פֿון זיי איז געווען זעהר אַ דיקער, רויטער מאַן.

„שלאָג-פֿערטיג איסט דער קערל יעדענפֿאַלס" — האָט ער געזאָגט צו מײַנע פֿרײַנד ווען בעבעל האָט מיט אַ ניפֿטיגען וויץ אָפּגעענטפֿערט איינעם פֿון די וואָס האָבען איהם אונטערבראָכען.

אין בערלין האָב איך געהאַט בריף צו אַ רוסישען סטודענט מיט'ן נאָמען בוכהאָלץ. זײַנע אַ שוועסטער, אַ רוסישע סטודענטקע, איז געווען פֿאַרהײראַט פֿאַר דר. קאָניקאָוו'ן, אַ אידישער סאָציאַליסט אין באָסטאָן. מאַדאַם קאָניקאָוו און איהר ברודער זײַנען געווען די קינדער פֿון אַ קריסטליכען פֿאָטער און אַ אידישער מוטער — דײַטשען וואָס האָבען זיך באַזעצט אין רוסלאַנד. דורך בוכהאָלץ'ן בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט אַ גרופֿע רוסישע סטודענטען, און צוזאַמען מיט זיי בין איך געגאַנגען אױף סאָציאַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען.

מען קומט אַרײַן אין אַ גרױסער, גרױסער ביער-האַלע, מען זעצט זיך אַנידער בײַ אַ טישעל, מען באַשטעלט ביער און מען הערט זיך צו צום רעדנער. לעבען דעם פֿאָרזיצענדען זיצט אַ פּאָליציי-קאָמיסאַר און איידער מען הױבט אָן צו ריידען, מוז מען שרײַען: „האָך" פֿאַר'ן קייזער.

די סאָציאַליסטישע רעדעס האָבען מיר געקלונגען צו קאַלט. איך האָב געוואָלט מען זאָל ריידען מיט מעהר פֿײַער, מיט שעהנערע ווערטער. אָבער דיזען סאָרט רעדנעריי האָבען שױן די דײַטשע גענאָסען לאַנג דורכגעמאַכט. אַ חוץ דעם: אַ דײַטש ווערט ניט אַזױ גיך באַגײַסטערט ווי אַ איד אָדער אַ רום. די דײַטשע רעדעס זײַנען געווען צום פּונקט, מיט פֿאַקטען און מיט לאָגישע שלוסען. אײן מאָל, ווען אײן רעדע אַזעלכע איז מיר שטאַרק געפֿעלען געוואָרען און איך האָב גענומען שטאַרק אַפּלאָדירען, האָט מײַן רוסישער באַגלייטער מיך צוריקגעהאַלטען.302— אײך איז גוט, איהר זייט אַן אַמעריקאַנער. מיר אָבער זײַנען דאָ ווי אײַנגעבעטענע. אייערע אָפּלאָדיסמענטען וועלען ציהען אױפֿמערקזאַמקייט צו אונזער גרופֿע און מען וועט אונז אַרױסשיקען פֿון בערלין.

די דײַטשע פּאָליציי האָט דאַן פֿלייסיג געהאָלפֿען דער רוסישער פּאָליציי און פֿאַר רוסישע רעוואָלוציאָנערען איז אין בערלין געווען כמעט אַזױ אונזיכער צו וואואינען ווי אין פֿעטערסבורג.

איינער פֿון די מיטינגען, וועלכע איך האָב דאַן באַזוכט, איז פֿאָרגעקומען זונטאָג נאָכמיטאָג. ער איז אַדרעסירט געוואָרען פֿון קלאַראַ צעטקין. אַ בלאָנדע, דאַרע, ניט קײן הױכע, מיט אַ סימפּאַטישען פּנים און מיט אַ סימפּאַטישער שטימע. איהר מאַן, וועלכער איז דאַן שױן געווען טױט, איז געווען אַ רוסישער איד, אַ רעוואָלוציאָנער. נאָך דעם מיטינג בין איך מיט איהר באַקאַנט געוואָרען פּערזענליך. איך האָב איהר דערנאָך באַזוכט און זי האָט מיר געגעבען איהר בילד פֿאַר אונזער זשורנאַל „צוקונפֿט". אױך בעבעל, ליבקנעכט און זינגער האָבען מיר געגעבען זייערע בילדער פֿאַר דער „צוקונפֿט" און זיי זײַנען אַלע דערנאָך ערשינען אין דעם זשורנאַל.

אין אַ שבת-צו-נאַכט האָט איינער פֿון בוכהאָלץ'ס חברים מיך גענומען אױף אַ מיטינג פֿון רוסישע סטודענטען — אַ גאַנץ אונשולדיגע גרופֿע, אַ רוסישע ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט.

אייניגע זאַכען זײַנען אױף דיזען מיטינג מיר אױסגעקומען קאָמיש. צום בײַשפּיל: עס שטעלט זיך אַנידער אַ שעהנער יונגער מאַן מיט אַ פֿײַנער שוואַרצער בערדעל, און מיט ערנסטע מאַניערען, און אין אַ שעהנעם רוסיש האַלט ער אַ רעדע. ער קוקט וואַשנע אױפֿ'ן טיש, באַקוקט זײַנע נעגעל, הױבט אױף די אױגען צום פֿאָרזיצענדען, און רעדט מיט אַ וויכטיגען טאָן ווי אַן אַדוואָקאַט וואָס טענה'ט פֿאַר אַ ריכטער. און וועגען וואָס רעדט ער? אַ מיטגליד האָט געבראַגט אַ בוך אַ פֿון דער ביבליאָטעק און עס איז שױן העכער אַ מאָנאַט ווי ער האָט דעם בוך נאָך ניט303אומגעקעהרט. בײַ אַ צוואַנציג מינוט האָט די דאָזיגע רעדע געדױערט.

די צערעמאָניע גופֿא פֿון האַלטען אַ רעדע האָט זיי פֿאַרשאַפֿט פֿערגעניגען. אין רוסלאַנד האָט מען אפֿילו וועגען אַ ביבליאָטעק ניט געטאָרט האַלטען קײן מיטינג.

אַלע טאָג פֿלעג איך געהן אױף דער פּאָסט זעהן צי עס איז ניטאָ אַ בריף פֿון מײַן קוזינע. ענדליך האָב איך דאָרטען געפֿונען אַ פּאָסט-קאַרד: מײַנע עלטערען, מײַן מוהמע מיט איהר אינגערער טאָכטער זײַנען שױן אָנגעקומען אין וויען.

מײַן האַרץ האָט מיר גענומען האַסטיג קלאַפֿען.

3
איך זעה זיך מיט מײַנע עלטערען. — אין וויען. — רעוועקאַ'ס מאַן. — די באַגעגעניש. — מײַן מוטער. — מײַן פֿאָטער. — מײַן מוהמע. — רעוועקאַ. — חוה'לע.

דעם זעלבען אָוונט בין איך אוועקגעפֿאָהרען. פֿעלדינג האָט מיך באַגלייט צום וואָקזאַל. ער אַליין איז געבליבען אױף נאָך אַ טאָג. אױף מאָרגען האָט ער געזאָלט פֿאָהרען קײן פּראַג. ער איז געווען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון וואָגנער מוזיק און אין פּראַג האָט זיך דאַן געפֿונען אַ באַריהמטער וואַגנער דיריגענט מיט זײַן אָרקעסטער. זײַן פּלאַן איז געווען פֿון פּראַג צו פֿאָהרען קײן צוריך. אום מיר זאָלען אין צוריך זיך קענען באַגעגענען און אײַנשטעהן אױף אײן קוואַרטיר, האָב איך איהם געגעבען דעם אַדרעס פֿון דעם באַקאַנטען רוסישען רעוואָלוציאָנער פּאָל אַקסעלראָד, וועלכער האָט דאַן דאָרטען געוואױנט און וועמענס קוואַרטיר איז געווען מײַן צוריכער מיטעלפּונקט.

איך בין אַרױסגעפֿאָהרען אין אָוונד אין אַ געוועהנליכען וואַגאָן פֿון צווייטען קלאַס. שלאָף-וואַגאָנען זײַנען דאַן אין אײראָפּאַ געווען אַ זעלטענע זאַך. איך בין אָנגעקומען אין וויען אין דער פֿריה, אױף אַ וואָקזאַל וועלכער געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון לעאָפּאָלד-שטאַט, וואו דער אידישער געגענד איז.304איך בין געווען צוטראַגען. איך האָב זיך געצוואונגען צו זיין רוהיג; עס איז אָבער געווען אַ פֿאַבריצירטע, אַ נערוועזע רוהיגקייט.

איך האָב זיך געוואָלט באַווייזען פֿאַר מײַן מוטער אין מײַן שעהנסטען קאָסטיום. און דערצו בין איך געווען צוגעגרייט פֿון פֿריהער. איך האָב דיזע באַגעגעניש געהאַט אין זינען זייענדיג אין לאָנדאָן און נאַכהער אין בערלין, און אין יעדע דיזע שטעדט האָב איך זיך געלאָזען מאַכען סוטס. דער לאָנדאָנער קאָסטיום איז געווען אַ ברױנער און דער בערלינער אַ גרױער. דער ברױנער איז געווען צו שווער, צו וואַרים. ער איז אָבער געווען דער שעהנערער, האָב איך איהם אױסגעקליבען.

אױף די אײראָפּעאישע וואָקזאַלען זײַנען פֿאַרהאַן ספּעציעלע צימערלעך וואו מען קען זיך אַרומוואַשען און איבערטאָן. האָב איך געדונגען אַזאַ צימערעל. איך האָב זיך אָנגעטאָן אָהן אײַלעניש, מיט לאַנגזאַמע באַוועגונגען, אומישנע כדי איך זאָל זיין געלאַסען.

ווען איך בין פֿאַרטיג געוואָרען, האָב איך איבערגעלאָזען מײַן באַגאַזש אױפֿ'ן וואָקזאַל און בין אַוועק נאָך דעם אַדרעס נאָך. מיר איז אױסגעקומען צו געהן אַ מינוט צעהן. אױפֿ'ן וועג האָב איך באַגעגענט אַ הױכען מאַן, מיט שעהנע שוואַרצע באַקען-בערד, וועלכען איך האָב געקענט פֿון ניו יאָרק. ער איז געווען אַ וויענער; ער האָט אָבער געוואואינט אין אַמעריקא, אַרום דער צווייטער עוועניו, וואו ער איז געווען אַ „מאַכער" אין לאַדזשען פֿון „ברית אברהם" (די ערשטע אידישע לאָדזשען זײַנען אין אַמעריקא געווען געגרינדעט פֿון דײַטשע, עסטרײַכישע און אונגאַרישע יהודים). איך פֿלעג איהם אַמאָל באַגעגענען אין די קאַפֿעס אױף דער צווייטער עוועניו און אײן מאָל האָב איך מיט איהם געהאַט אַ צוזאַמענשטױס און אַ דעבאַטע איבער דער פֿראַגע פֿאַרוואָס בײַם אַרײַנטרעטען אין אַ לאַדזש מוז מען ערקלעהרען אַז מען גלױבט אין גאָט. ער איז איצט אין וויען מסתמא געווען אױף אַ באַזוך. ער האָט מיך ניט באַמערקט און אפֿשר זיך געמאַכט אַז ער באַמערקט מיך ניט. איך האָב זיך דערפֿרעהט וואָס מיר קומט ניט305אויס זיך אָפּצושטעלען, מיין גאַנצער וועזען איז געווען פֿאַרנומען מיט דער באַגעגעניש, וואָס איך וועל באַלד האָבען.

קלאַרא צעטקין (אין 1893).
קלאַרא צעטקין (אין 1893).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 304–305)

איך בין געגאַנגען דורך אַ גרויסער, ברייטער, לעבעדיגער גאַס, און דערנאָך דורך אַ קלענערער און שטילערער געסעל.

איך האָב דערגרייכט דעם נומער וואָס איז געווען אָנגעצייכענט אין מיין אַדרעס-ביכעל. איך בין אַריין אין טויער און אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿ'ן צווייטען פֿלאָר, זיך אָפּגעשטעלט ביי אַ טיר און געגעבען אַ ציה פֿאַר'ן גלעקעל.

די טיר האָט זיך אַ ביסעלע אויפֿגעעפֿענט, נאָר אַ שפּאַלט. איך האָב דערזעהן אַ יונגען פּנים. דאָס איז געווען מאַקס ראָמס, רעוועקאַ'ס מאַן.

— אַלטער! — האָט ער שטילערהייט מיך אָנגערופֿען מיט אַ פֿריינדליכען שמייכעל. ער איז אויך געווען אַ ווילנער, און ער האָט מיך געקענט.

ער האָט גערעדט צו מיר אויף רוסיש, און אַלץ זעהר שטיל: — זיי האָבען זיך צוגעלייגט שלאָפֿען. זיי זיינען זעהר מיד פֿון וועג. מ'דאַרף זיי ניט וועקען. די איבעראַשונג וועט זיין צו גרויס. דאָס בעסטע וועט זיין, אַז איהר וועט אַרויסגעהן אויף אַ וויילע, ביז זיי וועלען זיך אויפֿכאַפֿען, און איך וועל זיי צוגרייטען.

איך בין אַרונטער. פֿון דער שמאָלער גאַס בין איך אַריין אין אַ ברייטער מיט בוימער. דאָרט בין איך אַריין אין אַ קאַפֿע און באַשטעלט פֿריהשטיק. איך געדענק ווי מען האָט מיר אַוועקגעלייגט צייטונגען, אויף דעם וויענער שטייגער. איך געדענק דעם טעם פֿון דעם קאַלטען גלאָז וואַסער, וואָס מען האָט מיר געבראַכט מיט דער קאַפֿע. קיין אַפּעטיט האָב איך ניט געהאַט. איך האָב זיך אָבער געצוואואונגען צו עסען און די קאַפֿע האָט מיר גוט געשמעקט. איך האָב געבלעטערט די דייטשע צייטונגען, אַ ביסעל געלעזען, ניט וויסענדיג וואָס איך לעז, און ווייטער געבלעטערט. אַ קעלנער-אינגעל האָט מיר צוגעטראָגען אַ פֿרישע גלאָז וואַסער איידער איך בין נאָך פֿאַרטיג געוואָרען מיט דער ערשטער גלאָז. אזוי פֿיהרט זיך אין די וויענער306קאַפֿעס. און איך געדענק ווי דאָס האָט געצויגען מיין אויפֿמערקזאַמקייט.

עס איז אַוועק אַ מינוט צוואַנציג און איך האָב זיך געצוואואונגען צו זיצען מעהר ווי מען האָט מען האָט בעדאַרפֿט. איך מוז זיך קאָנטראָלירען — האָב איך זיך מושטירט — איך טאָר ניט זיין אויפֿגערעגט ווען איך וועל אַרויפֿגעהן צו זיי.

ענדליך בין איך אַוועק צוריק. ווידער אַרויפֿגעגאַנגען אויף די טרעפּ, ווידער אַ ציה געטאָן פֿאַר'ן גלעקעל, און ווידער האָט זיך באַוויזען מאַקס ראָמס. דיזען מאָל האָט ער די טיר אויפֿגעעפֿענט אינגאַנצען. איך האָב געהערט אַ גערודער.

באַלד האָט זיך באַוויזען אַן אַלטען פֿרוי, ניט קיין הויכע. אויפֿ'ן ערשטען בליק האָט זי מיר אויסגעזעהן אונבאַקאַנט; איך האָב אָבער גליַיך דערזעהן אַז דאָס איז מיין מאַמע. איך האָב זיך געגעבען אַ וואָרף צו איהר און זי צו מיר.

— מיין זוהן, איך דערקען דיך ניט! — האָט זי אויסגעשריען מיט אַ יאָמער-קול, אָהן טרעהרען.

אָן מיין באַשלום צו זיין געלאַסען האָב איך זיך פֿאַרגעסען. איך בין געווען צוטומעלט און נערוועז.

— עס איז ניט קיין אַנדערער! איך נאַר דיך ניט אָפּ! עס איז דער זעלבער! — האָב איך געשריען כלומר'שט מיט כעס.

אין הינטערגרונד איז געשטאַנען אַ הויכער איד מיט אַ גרויסער גרויער באָרד, מיט צושראָקענע שוואַרצע אויגען — מיין טאַטע. און גלייך לעבען איהם איז געשטאַנען אַ פֿרוי, אַ ביסעל אינגער אויפֿ'ן אויסזעהן ווי מיין מוטער, אַ דיקליכע מיט פֿאַרוויינטע אויגען. דאָס איז געווען די מוהמע פֿייגע. נאָכדעם ווי איך האָב זיך מיט זיי צוקושט און אַרומגענומען, בין איך אַריין אין דעם צווייטען צימער.

אין אַ בעט איז געלעגען רעוועקאַ מיט אַ בייבי, אַ וואָך אַלט. אָנגעלעהנט אויף אַ סאָפֿאַ צווישען צוויי פֿענסטער צום גאַס צו איז געזעסען אַ יונגינקע דאַמעלע. ווען איך האָב איהר דערזעהן, האָב איך זיך צולאָכט אויפֿ'ן קול: — ווי געפֿעלט זי דיר? חאַוואָקע!

דאָס איז מיין מומע'ס אינגערע טאָכטער. ווען איך בין307אַוועקגעפֿאָהרען פֿון דער היים, איז רעוועקאַ אַלט געווען אַ יאָהר פֿערצעהן און חוה'לע אַ יאָהר עלף. אין זיי איז קיין שום ענדערונג ניט פֿאָרגעקומען — אזוי האָט זיך מיר געדוכט. ביידע שוועסטער זיינען פֿון קליינע מיידעלעך געוואָרען פֿאַרהייראַטע דאַמען און איינע פֿון זיי איז שוין אַ מאַמע; מיר אָבער האָבען זיי אויסגעזעהן פּונקט ווי איך האָב זיי איבערגעלאָזען. עס האָט זיך מיר ניט געגלויבט. צו זעהן חוה'לען אַלס אַ פֿאַרהייראַטע דאַמע איז מיר אויסגעקומען זעהר קאָמיש. איך האָב זיך צולאָכט מיט אַ איבערטריבענעם, נערוועזען געלעכטער.

מיין פֿאָטער, מיין מוטער און מיין מומע זיינען שטאַרק פֿאַרעלטערט געוואָרען אין די צוועלף יאָהר. איך בין געווען שמערצליך איבעראַשט. איך האָב אויף זיי געקוקט ווידער און ווידער. און זיי האָבען ניט אויפֿגעהערט צו קוקען אויף מיר. די מאַמע האָט זיך געטוליעט צו מיר, געשטעלט מיר פֿראַגען.

אין צעהן מינוט צייט זיינען מיר צוגעוואואינט געוואָרען איינע צו די אַנדערע, — מיט דער אויסנאַהמע פֿון מיין פֿאָטער. ער האָט זיך אַלץ אזוי ווי געשעמט פֿאַר מיר; אזוי ווי עס וואָלט איהם שווער געווען אין מיר צו דערקענען זיין זוהן, זיין „אַלטער'ן".

איך האָב גענומען אַ צימער אין אַ האָטעל ניט ווייט דערביי (האָטעל „דאָנאו") פֿאַר מיין פֿאָטער און פֿאַר מיר אויף צו נעכטיגען. געגעסען האָבען מיר אַלע צוזאַמען אויף רעוועקאַ'ס קוואַרטיר, און אַלע איבעריגע פֿון אונזער גרופּע האָבען דאָרטען גענעכטיגט אויך. ביטאָג פֿלעגען מיר פֿילע שטונדען פֿאַרברענגען צוזאַמען, און איך האָב באַזוכט די וויענער סאָציאַליסטען. שפּעט אין אָוונד פֿלעג איך קומען צום טאַטען אין האָטעל.

די ערשטע אָוונדען האָבען מיר — איך און דער טאַטע — ווייניג געשלאָפֿען. איך פֿלעג פֿון מיין בעט אַריבערגעהן צו איהם, און אזוי פֿלעגען מיר ליגען און ריידען. דער געפֿיהל, אַז איך ליג לעבען מיין טאַטען, ווי אין די צייטען ווען איך308בין געווען אַ קינד און מיר האָבען געוואואינט אין שבח זשירמונסקי'ס הויף, האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַ באַזונדערען פֿאַרגעניגען.

איך האָב איהם ניט אויפֿגעהערט צו שטעלען פֿראַגען, הויפּטזעכליך וועגען זיין פֿאַרגאַנגענהייט, וועגען זיינע קינדער-יאָהרען, וועגען זיין פֿאָטער, זיין מוטער, זיינע שוועסטער און ברידער, וועגען אַלץ וואָס האָט נאָר געהאַט אַ שייכות צו איהם און צו זיין משפּחה. ער האָט מיר אויף מיינע פֿראַגען געענטפֿערט מיט אינטערעס, אָבער שעמעוודיג. די ערשטע פֿאַר אָוונטען, וואָס מיר האָבען פֿאַרבראַכט צוזאַמען, האָט ער זיך געהאַלטען אזוי ווי איך וואָלט געווען אַ פֿרעמדער — ווי אַ פֿרעמדער וואָס געהערט צו אַ העכערע, מעכטיגערע וועלט ווי זיינע. ביסלעכווייז אָבער איז ער צו מיר צוגעוואואינט געוואָרען, הגם אַלץ ניט פֿאָלשטענדיג.

איידער איך בין אַוועקגעפֿאָהרען פֿון ווילנא, האָב איך זעלטען זיך אינטערעסירט מיט מיין פֿאָטער'ס אינערליכען לעבען און מיט זיין פֿאַרגאַנגענהייט. איך גלויב, אַז אין די אינגערע יאָהרען זיינען אַלע זיהן און טעכטער אזוי. מען האָט ליב די עלטערען, מען איז צוגעבונדען צו זיי, אָבער מען אינטערעסירט זיך ניט מיט זיי. איצט אָבער, אַז איך בין שוין געווען דריי-און-דרייסיג יאָהר אַלט און האָב די וועלט און זיך אַליין פֿאַרשטאַנגען אַ סך בעסער, און האָב זיך אינטערעסירט מיט מענשען איבערהויפּט, — איצט האָט מיין פֿאָטער אַרויסגערופֿען אַ ליידענשאַפֿטליכע נייגעריגקייט אין מיר.

4

[טאָפּיק] עלף טעג צוזאַמען. — וויקטאָר אַדלער. — ביי די עסטרייכישע גענאָסען. — דר. עלענבאָגען. — איך זעגען זיך מיט מיינע עלטערען.

מיין מוטער האָט באַלד געפֿיהלט אזוי ווי מיר וואָלטען גאָר קיינמאָל ניט געווען צושיידט. זי האָט מיך גערופֿען „אַלטער", אזוי ווי איך וואָלט נאָך געגאַנגען אין חדר. מיט איהר האָב איך אויך געהאַט אינטימע געשפּרעכען; מיר זיינען אָבער זעלטען309געווען אַליין. איינמאָל בין איך מיט איהר ספּעציעל געגאַנגען שפּאַצירען, כדי מיר זאָלען זיין אויג אויף אויג. דער באַריהמטער וויענער גאָרטען, פּראַטער, געפֿינט זיך ניט ווייט פֿון יענעם געגענד, האָב איך איהר גענומען אהין. די צייט איז אָבער ביי אונז אַוועק מעהר אין שטומע אויסדרוקען פֿון ליבע און בענקעניש נאָך די פֿאַרגאַנגענע צוועלף יאָהר. זי האָט פּשוט ניט געוואואסט וואָס פֿריהער צו זאָגען. זי האָט זיך געדריקט צו מיר, געגלעט מיך, געמאַכט שפּאַס; געפֿרעגט וועגען מיין לעבען אין אַמעריקא, מיר פֿאַרזאָגט איך זאָל היטען מיין געזונט; אַלע וויילע מיר פֿאַרזאָגט איך זאָל זיין אַ טאַטע צו מיין ברודער.

אָפֿט פֿלעג איך זיצען מיט דער מאַמען און דער מומען צוזאַמען. גאַנצע שטונדען פֿלעגען מיר אזוי פֿאַרברענגען. די מומע איז געווען אַ פֿרעהליכערע און אַ וועלטליכערע, פֿלעגט זי מאַכען מעהר שפּאַס, דערצעהלען וועגען ווילנא, דערמאָנען זיך אָן די יאָהרען, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד.

איינמאָל, אויף רעוועקאַ'ס קוואַרטיר, בין איך געזעסען און געשריבען אַ קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג". דער עיקר פֿון דעם אינהאַלט איז באַשטאַנען אין אַ געשפּרעך, וואָס איך האָב אין בערלין געהאַט מיט פּאָול זינגער'ן און מיט אוגוסט בעבעל'ן וועגען דעם אַנטיסעמיטיזם. מיין פֿאָטער איז געזעסען לעבען מיר און געקוקט ווי איך שרייב. ווען עס זיינען פֿאַרטיג געוואָרען אַ פּאָר ביידזשעס, האָט ער געפֿרעגט: „מעג איך אַ קוק טאָן?" „פֿאַרוואָס ניט?" האָב איך געענטפֿערט, און איך האָב איהם דערלאַנגט דעם מאַנוסקריפּט. איך האָב פֿאָראויס געוואואסט, אַז פֿאַר איהם וועט דאָס זיין טערקיש. מיין שפּראַך איז דאַן געווען פּונקט אזא איינפֿאַכע „אידישע אידיש" ווי היינט. אָבער ניט וועגען דעם אַרט שרייבען האָט זיך דאָ געהאַנדעלט. דער ענין איז איהם געווען פֿרעמד. דער אַרטיקעל האָט ענטהאַלטען איניגע אויסדרוקען, וועלכע זיינען געווען גוט באַקאַנט יעדען אַמעריקאַנער אידישען אַרבייטער, וואָס האָט געלעזען די „אַרבייטער צייטונג", אָבער מיט אַ פֿאַרצייטיגען310אידען ווי מיין פֿאָטער. היינט וואָלט שוין אפֿילו אזא איד אזעלכע אויסדרוקען פֿאַרשטאַנען. דאַן אָבער ניט.

איך בין כלומרשט געווען פֿאַרנומען מיט מיין שרייבען; אין אמת'ן האָט זיך מיין פּעדער ניט גערירהט. איך האָב געוואַרט צו זעהן וואָס דאָ וועט זיין.

— איך וועל דיר זאָגען דעם אמת, איך פֿאַרשטעה ניט, — האָט מיין פֿאָטער געזאָגט מיט אַ שמייכעל, אומקערענדיג מיר דעם מאַנוסקריפּט.

— לאָז מיר איבערלייענען, — זאָגט מיין מומע, — איך'ל זעהן צי איך'ל פֿאַרשטעהן.

— ליענט, ליענט, מומע! איהר וועט שוין אודאי ניט פֿאַרשטעהן, — האָב איך געענטפֿערט, לאַכענדיג.

זי האָט געפֿרופֿט לעזען און — זי האָט געהאַט אַ סך ווייניגער ערפֿאָלג ווי מיין פֿאָטער.

דאַן האָב איך דעם טאַטען ערקלערט וועגען וואָס דאָ האַנדעלט זיך און פֿאַרטייטשט איהם די עטליכע ווערטער, מיט וועלכע ער איז ניט געווען באַקאַנט, ווי „קלאַסען-קאַמף", „עקאָנאָמישע אינטערעסען", „קאָנקורענץ געפֿיהל"... דאַן האָט ער שוין אַלץ פֿאַרשטאַנען. ער האָט געזעהן אַז איך בין געגען די שונאים פֿון אידען, און דאָס איז איהם, נאַטירליך, געפֿעלען געוואָרען. אַן אַנגענעהמע איבעראַשונג איז דאָס פֿאַר איהם געווען; וואָרים לויט דעם באַגריף פֿון אזעלכע אידען אין יענע צייטען, איז יעדער אפֿיקורס אַ שטיקעל שונא ישראל.

מיינע געשפּרעכען מיט מיינע צוויי קוזינעם און מיט רעוועקאַ'ס מאַן האָבען געהאַט אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער. רעוועקאַ האָט גענדריגט גימנאַזיע אין ווילנא און זי האָט עטליכע יאָהר פֿאַרבראַכט אין דעם זשענעוועער אוניווערסיטעט. חוה'לע האָט וויינינגער שטודירט, אָבער זי איז געווען קלוג אויף אַ הינטיגען שטייגער און אינטעליגענט. רוסיש האָט זי גערעדט אויסגעצייכענט. און דאָס זעלבע געהט אויך אויף מאַקס ראָמם'ען. ער איז אַ פֿאָלשטענדיג אינטעליגענטער311מענש, און אַ סימפּאַטישער אויך. זייער געזעלשאַפֿט איז פֿאַר מיר געווען אַ תענוג.

רעוועקאַ און חוה'לע האָבען זיך געהאַדעוועט אויף מיינע הענט, ווי דער אויסדרוק איז. איך האָב אין זייער מוטער'ס הויז פֿאַרבראַכט כמעט ניט ווייניגער ווי אין מיין מוטער'ס הויז. זיי זיינען געוואואקסען פֿאַר מיינע אויגען, און זיי זיינען ביי מיר געווען ווי שוועסטער. אַלזאָ, פֿלעגט טרעפֿען אַז אין רעכטען מיטען פֿון אַן ערנסטען געשפּרעך מיט זיי פֿלעגט זיך מיר וועלען צולאַכען. מיט וועמען רעד איך דאָ וועגען אזעלכע וויכטיגע ענינים? מיר האָט זיך געדוכט אַז זיי זיינען נאָך קינדער.

אַ פּאָר מאָל בין איך מיט זיי געגאַנגען שפּאַצירען אין דעם פּראַטער — מיט יערער באַזונדער. מיר האָבען גערעדט וועגען זייער לעבען, וועגען מיין לעבען, וועגען אַמעריקא, וועגען ווילנא, וועגען ריגא (וואו חוה'לע האָט געוואואינט).

ניט ווייט פֿון אונזער קוואַרטיר איז געווען אַ קליינער פּאַרק, מיט אַ ביר-האַלע און אַ קאַפֿע. דאָרטען פֿלעגען מיר נאָך מיטאָג אַלע פֿאַרברענגען אַ פּאָר שטונדען, זיך צוזעצען ביי איינעם פֿון די טישען אונטער'ן אָפֿענעם הימעל, באַשטעלען ביער אָדער קאַפֿע, זיצען און שמועסן. איך האָב זיך געפֿיהלט אין דעם רעכטען בוזים פֿון מיין אַמאָליגען היימישען לעבען.

אזוי ווי מיין פֿאָטער האָט יעדען פֿריהמאָרגען געדאַרפֿט געהן דאַוונען, האָב איך געדונגען אַן אונטער-שמש פֿון אַ גאַליציאַנער שוהל, און ער פֿלעגט איהם קומען נעהמען אהין. די גרויסע פֿרעמדע שטאָדט האָט איהם געשראָקען און ער האָט מורא געהאַט טאָמער וועט ער פֿאַרבלאָנזשען.

איינמאָל האָב איך זיי אַלעמען געפֿיהרט ווייזען די צוויי באַריהמטע מוזעאומס פֿון ווין: די בילדער-גאַלעריע און דעם מוזעאום פֿון נאַטור-וויסענשאַפֿט (איך אַליין האָב זיי שוין פֿריהער באַזוכט). די צוויי גרויסע, שעהנע געביידעם זיינען312צווילינג-געביידעם. זיי זיינען געבויט אויף דעם זעלבען שטייגער, און זיי שטעהען איינע אַנטקעגען דער אַנדערער אין אַ שעהנעם פּאַרק אין רעכטען מיטען שטאָדט.

מיין פֿאָטער איז אומגענאַנגען איבער די גרויסע פּרעכטיגע זאַלען, געקוקט אויף די בילדער דורכ'ן פֿויסט און פֿון באַוואונדערונג האָט ער געצמאַטשקעט מיט די ליפּען. ביי די בילדער פֿון נאַקעטע פֿרויען פֿלעגט ער זיך פֿאַרשעמען, אַראָפּלאָזען די אויגען און קוקען ווייטער, אָדער ער פֿלעגט זיך פֿאַרקרימען און אויסשפּייען. מיין מוטער און די מומע האָבען זיך נע'חדוש'ט און קריטיקירט אויף זייער ווייבערשען שטייגער.

ווי מיר זיינען אזוי געגאַנגען פֿון איין זאַל אין דעם אַנדערען, הער איך ווי די מאַמע זאָגט צו דער מומען הינטער מיר: „ער פֿיהרט אונז אַרום, אזוי ווי ער וואָלט אין ווין געוואואינט. אַלץ ווייס ער, אַלץ פֿאַרשטעהט ער, און אַלץ פֿון זיך אַליין! ער האָט דאָך אונז קיין גראָשען ניט געקאָסט!"

איך האָב די שטאָדם באַקוקט איידער איך האָב זיי געפֿיהרט ווייזען די מוזעאומס. איך האָב באַזוכט די וויענער סאָציאַליסטען, און טיילווייז, מיט זייער הילף און טיילווייז אַליין האָב איך דורכגעשפּאַצירט די וויכטיגסטע גאַסען און געזעהן די וויכטיגסטע געביידעס, קאַפֿעס, קראָמען און די צוויי וועלט-באַריהמטע וויענער קירכען.

ווין האָט אויף מיר אַ שטאַרקען איינדרוק געמאַכט. די באַריהמטע רינג שטראַסע, וועלכע געהט געבויגען ווי אַ רינג, מיט די איינדרוקספֿולע פּאַלאַצען, וואָס שטעהען אויף איהר אָדער לעבען איהר, האָב איך אין מיין געדאַנק פֿאַרצייכענט צווישען די מערקוויררדינגסטע זאַכען, וואָס איך האָב געזעהן אין אייראָפּא. איך האָב ביי זיך ניט געקענט באַשליסען, וועלכע שטאָדט ס'איז שעהנער — פּאַריז אָדער ווין. „די הויכע, שלאַנקע אָפֿיצירען מיט זייערע גאָלד-בלויע אָדער גאָלד-רויטע יוניפֿאָרמס און די חנ'עוודינע, שעהן-געקליידעטע וויענערינען ניבען אין די לעבעדינע גאַסען אַריין אַ חן און אַ פֿיקאַנטקייט,313וועלכען די בולוואַרדען פֿון פּאַריז פֿאַרמאָגען ניט" — אַזוי אונגעפֿעהר איז געווען מיין איינדרוק.

וויקטאָר אדלער.
וויקטאָר אדלער.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 312–313)

וויקטאָר אדלער, מיט וועמען איך בין באַקאַנט געוואָרען אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס, האָט מיך אויפֿגענומען זעהר פֿריינדליך. איך האָב שוין געזאָגט, אַז ער איז געווען דער גרינדער פֿון דער עסטרייכישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. איך וויל צולייגען, אַז ער איז געווען איהר קאָפּ און איהר האַרץ.

ער האָט מיט מיר גלייך גענומען ריידען וועגען דעם „פּונקט 4" פֿון דעם בריסעלער טאַגעס-אָרדנונג. ווידער מיר געפּרופֿט באַווייזען, אַז מען דאַרף די פֿראַגע ניט אויפֿהויבען. און טאָמער האָב איך זיך געקליבען איהר אַרײַנצוברײַנגען אין די דיסקוסיאָנען פֿון דעם צוריכער קאָנגרעס, האָט ער מיך פֿאַרזיכערט, אַז עס איז ניטאָ קיין האָפֿנונג אַז מען זאָל דאָם צולאָזען.

ער האָט מיר געגעבען איינעם פֿון די וויענער וויכטיגע גענאָסען אַלם באַגלייטער און יענער האָט מיר געוויזען די שטאָדט און פֿאַרשידענע מיטעל-פּונקטען פֿון דער אַרבייטער באַוועגונג.

איך האָב באַזוכט אַ פּאָר סאָציאַליסטישע מאַם-מיטינגען. זייער אַלגעמיינער כאַראַקטער איז געווען דער זעלבער ווי אין בערלין: טישלעך, ביי וועלכע די אַרבייטער זיינען געזעסען מיט גלעזער ביער אָדער עפּעם צו עסען. אויף אַ פּלאַטפֿאָרמע — אַ פֿאָרזיצענדער און אַ פּאָליציי-קאָמיסאַר און אַ רעדנער. צווישען פּובליקום געהען אום קעלנערם, נעהמען אָן באַשטעלונגען און ברענגען וואָם מען פֿאָדערט. אַלץ ווי אין בערלין, נאָר די אַרבייטער האָבען אויסגעזעהן אָרימער. אין פֿאַרגלייך מיט אַמעריקאַנער אַרבייטער האָבען זיי אויסגעקוקט שוין גאָר אָרים. פֿילע פֿון זיי זיינען ביי דעם מיטינג געזעסען אין גרינע לייוונטעלע רעקלאָך, אָהן ווייסע קראַגענם — ווי ביי דער אַרבייט.

אויף איינער פֿון די וויענער פֿאַרזאַמלונגען האָט זיך אין די דעבאַטען באַטייליגט אַן אַנאַרכיסט. ער האָט גערעדט314פֿאַרשטעלטערהייט און דעם רעדנער'ם ענטפֿערם זיינען אויך געווען פֿאַרשטעלטע. אָבער אַלע האָבען פֿאַרשטאַנען. איבעריגענם, איז די פֿראַגע געווען אַ טעאָרעטישע. מיט דעם פּאָליטישען לעבען פֿון עסטרייך האָט זי ניט געהאַט צו טאָן. מיר האָט זיך זעהר געוואַלם נעמען דאָם וואָרט. אַ דעבאַטע מיט אַן אַנאַרכיסט — דאָם איז ביי אונז אין ניו יאָרק געווען אַ טעגליכער ספּאָרט, און איך האָב זיך געפֿיהלט אַלם ספּעציאַליסט אויף דעם. אָבער דאָ דאַרף מען דאָך קענען גוט דייטש. אַ חוץ דעם: פֿאַר אַן אויסלענדער זיך צו באַטייליגען אין אַ סאָציאַליסטישען מיטינג אין עסטרייך איז דאַן געווען פּונקט אַזוי אונזיכער ווי אין דייטשלאַנד. די פּאָליציי האָט קוים געדולדעט די „אייגענע צרה".

אויף דעם ערשטען פֿון די צוויי מיטינגען איז דער הויפּט רעדנער געווען דר. עלענבאָגען, אַן עסטרייכיש-אידישער סאָציאַל-דעמאָקראַט, אַ בלאָנדער יונגער מאַן, ניט קיין הויכער. מיט איהם בין איך אויך באַקאַנט געוואָרען אין בריסעל און מיר האָבען זיך דאָ אויפֿ'ן מיטינג באַגריסט און געשמועסט אַ ווײַלע.

איידער איך פֿלעג אַוועקגעהן אין אָוונד, פֿלעג איך זאָגען מיין פֿאַטער, אַז איך וועל קומען אין האָטעל שפּעט און ער זאָל אויף מיר ניט וואַרטען מיט'ן שלאָפֿען. נאָך דער פֿאַרזאַמלונג בין איך געוועהנליך אַוועק אין אַ סאָציאַליסטישער קאַפֿע און דאָרטען האָב איך פֿאַרבראַכט אַ היבשע צייט. איך פֿלעג קומען צוריק אין האָטעל זעהר שפּעט (ווי דער שטייגער איז געווען אין וויען, ווען מען איז געקומען אהיים נאָך צעהן אוהר, פֿלעג איך מוזען דעם הויז-מאַן באַצאָהלען צעהן קרייצער „שליסעל-געלט" פֿאַרוואָם ער האָט פֿאַר מיר געעפֿענט דעם טויער). איך פֿלעג אימער מיין פֿאַטער געפֿינען וואַרטענדיג אויף מיר. ער פֿלעגט מיך פֿרעגען וועגען די מיטינגען. ער האָט זיך שוין געפֿיהלט היימישער און פֿרייער מיט מיר, הגם אַלץ ניט אַזוי היימיש און פֿריי ווי די מאַמע אָדער די מומע. איך פֿלעג איהם וועגען די מיטינגען ערקלערען אַלץ וואָם זיך נאָר315געלאָזט ערקלערען. איינמאָל, נאָך אַזאַ געשפּרעך, האָט ער צו מיר געזאָגט:

— איך וועל דיר זאָגען דעם אמת: דאָם וואָם דו טהוסט געפֿעלט מיר ניט. אַז שוין יאָ אַראָפּ פֿון אידישען וועג, איז שוין אַ דאָקטאָר אַ סך שעהנער.

ער האָט ניט געקענט באַנעהמען וואָם דאָם הייסט צו זיין אַ אידישער צייטונגס-שרייבער און אַ רעדנער. אויף העברעאַיש שרייבען — דאָם האָט ביי איהם געהאַט אַ טעם; ער איז דאָך עפּעם געווען אַ לעזער פֿון דעם „המגיד". אָבער שרייבען אין אַ אידישער צייטונג — דאָם איז איהם אויסגעקומען מאָדנע. דאָם זעלבע איז געווען מיט מיין רעדנעריי. אַז מען זאָל שטעהן און האַלטען אַ „דרשה" אויף אידיש, ריידען צו אַרבייטער און אין דעם נאָך זיין „פּאַרקאָכט" — דאָם האָט זיך איהם ניט געלייגט אויפֿ'ן שכל. אַז איך בין אַ רעדנער האָט ער געהערט נאָך אין ווילנא, און לויט ווי מען האָט מיר דערצעהלט, האָט ער זיך געהאַלטען גרויס מיט דעם נאָמען וואָם איך האָב. ער האָט זיך אָבער געשעהמט מיט דעם אויך.

מיין מוטער האָט זיך אויך געקרימט אויף מיין באַשעפֿטיגונג. איינמאָל זאָגט זי צו מיר מיט איהר קלוגען שמייכעל:

— אין אמעריקא איז דאָך שוין קיין קיסר ניטאָ; ביזטו נאָך אַלץ ניט צופֿרידען? וואָם נאָך ווילסטו?

— איך וויל עס זאָל ניט זיין קיין אָרימע לייט אויף דער וועלט — האָב איך געענטפֿערט, צודריקענדיג איהר צו מיין האַרצען.

— מאַלע וואָם מען וויל! — האָט זי ווייטער געשמייכעלט.

מיר האָבען צוזאַמען פֿאַרבראַכט עלף טעג. ענדליך איז געקומען די צייט פֿון שיידען זיך. מיר האָבען זיך אַלע געפֿונען אויפֿ'ן וואָקזאַל.

עס איז געווען אין מיטען טאָג. דער צוג, אין וועלכען זיי האָבען אַלע באַדאַרפֿט אָפּרייזען — מיינע עלטערען, מיין מומע און חוה'לע — איז געווען פֿאַרטיג. עס איז איבערגעבליבען נאָר אַ פּאָר מינוטען. מיר זיינען געשטאַנען און גערעדט. די316מאַמע האָט פֿון מיר ניט אָפּגעטראָטען. זי האָט מיך אַלץ געהאַלטען פֿאַר אַ האַנט, געגלעט און געקוקט מיר אין די אויגען. ענדליך האָט זיך דערהערט אַ סיגנאַל, אַז מען מוז שוין אַריינגעהן אין די וואַגאָנעם. מיין מוטער האָט זיך צוגעדריקט צו מיר און גענומען שרייען:

— מיין קינד, איך וועל דיר מעהר דיר קיינמאָל ניט זעהן!

זי האָט שטיל געוויינט און מיך ניט אָפּגעלאָזען. אַרום און אַרום האָט געהערשט אַ נערוועזע אייַלעניש, אַ געפּילדער, און זי האָט מיך אַלץ ניט אָפּגעלאָזען.

מען האָט אונז קוים פֿאַנאַנדערגעריסען. איך האָב זיך געזעגענט מיט מיין פֿאָטער, מיט מיין מומען און מיט חוה'לען. דער צוג איז אַוועקגעגאַנגען.

איך, רעוועקא און איהר מאַן זיינען אַוועק צוריק אויף זייער קוואַרטיר. רעוועקא איז איבערגעבליבען מיט אַ שאַרפֿען געפֿיהל פֿון עלענד. און דאָם זעלבע איז געווען ביי מיר אויפֿ'ן האַרצען.

ווען איז מיר פּלוצלונג געוואָרען צולאָסט. פּונקט ווי פֿריהער האָט די שטאָדט מיך באַצויבערט, אַזוי איז זי איצט מיר געוואָרען אַ קוואַל פֿון אַנגסט. מיר האָט זיך געגלוסט וואָם גיכער פֿאַרגעסען אָן איהר.

5
איך פֿאָהר קיין צוריך. — אין צוריך. — פּאָל אקסעלראָד. — מאָריס ווינטשעווסקי. — פּלעכאַנאָוו. — וועראַ זאַסוליטש. — אידישער הומאָר.

דעם זעלבען אָוונד בין איך אַוועקגעפֿאָהרען קיין צוריך. איך האָב נאָך פֿריהער באַשטעלט אַ בעט אין אַ שלאָף-וואַגאָן. דאָם איז געווען מיין ערשטער שלאָף-וואַגאָן אין אייראָפּא. אין אַמעריקא בין איך אין אַ סליפּינג-קאַר שוין געפֿאָהרען פֿיר מאָל, דאַכט זיך: צוויי מאָל קיין באָסטאָן און צוויי מאָל אויף מיין צוועייטער רייזע קיין שיקאַגאָ און צוריק פֿון דאָרטען. די בעטען זיינען אין עסטרייך געווען צוזאַמענגעשטעלט אויף אַ317זאָנדערבאַרען שטייגער, אַזוי ווי אַ ניט-בעל-מלאכה קלאַפּט צונויף אַ סוכּה.

אין דער פֿריה זיינען מיר אָנגעקומען אין מינכען. איך בין דאָרטען פֿאַרבליבען נאָר אַ פּאָר שטונדען. איך בין אַרוים פֿון וואָקזאַל, און האָב באַקוקט די שטאָדט; צוגעביסען אין אַ קאַפֿע און זיך אומגעקערט אויפֿ'ן וואָקזאַל.

די ווייטערדיגע רייזע איז געגאַנגען דורך די ביַיערשע און שווייצאַרישע אַלפּען-בערג. מיר זיינען געקומען אויף פּלעצער, וואו אונטער אונז זיינען געהאַנגען וואָלקענם. איבער בערג און טאָלען זיינען זיי געהאַנגען. דערנאָך האָבען מיר דערגרייכט די באַריהמטע אָזערע באָדען-זעע. די נאַטור האָט מיר דאָ אויסגעזעהן רייצענד און געהיימניספֿול.

דער קאָנדוקטאָר פֿון דעם צוג, וואָם האָט מיר געפֿיהרט פֿון דעם שווייצאַרישען גרענעץ, איז געווען אַ קליין-געוויקסיגער, האָט זיך מיר אויסגעדוכט אַז דאָם איז נאַטירליך. די לאַנד אין אַ קלייניגקע, אַלזאָ, האָט זיך מיר פֿאַרגעשטעלט, אַז איהרע איינוואוינער מוזען אויך זיין קלייניגקע — אַ מין שפּילציַיג מדינה'לע מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון לעבעדיגע לאַלקעלעך. אַזוי האָט מיין פֿאַנטאַזיע מיר דאָם געמאָלען.

ענדליך בין איך אָנגעקומען אין צוריך.

איך האָב שוין געזאָגט, אַז אין צוריך האָט דאַן געוואוינט דער באַריהמטער רוסישער רעוואָלוציאָנער פּאָל אקסעלראָד. ער האָט דאָרטען געהאַט אַ קעפֿיר געשעפֿט. ער האָט זיך אָבער מיט דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי באַשעפֿטיגט מעהר ווי מיט זיין קעפֿיר. זיין הויז איז געווען דער צענטער פֿון אַלע רוסישע רעוואָלוציאָנערען, און אַזוי ווי איצט האָט מען אין צוריך זיך געקליבען צו האָבען אַ סאָציאַליסטישען קאָנגרעס, איז ביי איהם געווען אַ גאַנצער יריד. אקסעלראָד'ם נעהנטסטע פּאַרטיי-פֿריינד זיינען געווען פּלעכאַנאָוו און וויערא זאַסוליטש*.318זיי האָבען איצט אויך געוואוינט אין דער שווייץ, אָבער אין אַן אַנדער געגענד. אַלזאָ, האָבען זיי אויף דער וואָך פֿון דעם קאָנגרעם זיך אויפֿגעהאַלטען ביי אקסעלראָד'ן. עם האָט זיך אַרויסגעצייגנט, אַז מיין אמעריקאַנער מיטרייזענדער, פֿאָלדינג, איז אין צוריך אָנגעקומען מיט אַ פּאָר טעג פֿריהער ווי איך. אקסעלראָד האָט איהם גלייך באַזאָרגט מיט אַ צימער אין אַ פּאַנסיאָן (באָ׳רדינג-הויז) פֿאַר אונז ביידען. אַלזאָ, האָט אקסעלראָד מיר געגעבען דעם אַדרעם פֿון דעם פּאַנסיאָן.

אַ גרויסע טייל פֿון צוריך ליגט אויף בערג, און אין יענע געגענדען — אויף אוניווערסיטעט שטראַסע — האָט זיך געפֿונען אונזער קוואַרטיר. די טאָן האַלע, וועלכע מען האָט גענומען פֿאַר'ן קאָנגרעם, איז ביי אַ פּערטעל שטונדע גאַנג פֿון דאָרטען. די באָ׳רדינג-הויז איז געווען מייסטענם פֿאַרנומען מיט סטודענטען פֿון טעסין, די איטאַליענישע טייל פֿון דער שווייץ. זיי האָבען אָבער גערעדט גוט דייטש און פֿאָלדינג האָט אויך נישקשה'דיג גערעדט דייטש; פֿלעגען מיר ביים טיש שמועסען אויף דיזער שפּראַך.

צווישען די דעלעגאַטען פֿון ענגלאַנד האָט זיך געפֿונען מאָריס ווינטשעווסקי, אַלם פֿאָרשטעהער פֿון דער דאָרטיגער אידישער באַוועגונג. זיין קוואַרטיר איז געווען ניט ווייט פֿון אונזערער. מיר האָבען זיך אָפֿט געזעהן און פֿלעגען געהן צום קאָנגרעם צוזאַמען.

איך האָב געזאָגט, אַז ביי די אקסעלראָדם איז געווען אַ יריד. דער יריד איז אָבער געווען צו גרוים פֿאַר זייער קוואַרטיר. לכבוד דעם קאָנגרעם איז זיך אין צוריך צונויפֿגעפֿאָהרען אַ היבשע צאָל רוסישע סטודענטען, מייסטענם אידישע, פֿון שווייצאַרישע שטעדט — פֿון בערן, פֿון זשענעוואַ — און איניגע זיינען זאָגאַר געקומען פֿון דייטשלאַנד און פֿון פֿראַנקרייך; און אין צוריך גופֿא האָט אויך שטודירט אַ היבשע צאָל רוסישע אידען. אַלע האָבען זיי זיך געצויגען צו די אקסעלראָדם און אַלעמען איינלאָדען איז זיי אונמעגליך געווען.319די וויכטיגסטע געסט זיינען ביי זיי, נאַטירליך, געווען פֿלעכאַנאָוו און וויערא זאַסוליטש. עם איז דאָרטען אָבער שטענדיג געווען ביי אַ צעהנדליג אַנדערע רעוואָלוציאָנערען אויך. און די דירה איז ניט געווען קיין גרויסע. איז אימער געווען ענג. מיר האָט אקסעלראָד אַרויסגעוויזען אַ וואַרימע גאַסטפֿריינדליכקייט. ערשטענם, בין איך געווען ניט „אַבי ווער", נאָר אַ דעלעגאַט — אַ וואָרט וועלכער האָט ביי די רוסישע סטודענטען געקלונגען ווי אַ הויכער טיטול; צוויייטענם, בין איך געווען אַ זעלטענער סאָרט דעלעגאַט, אַ שליח פֿון צעהנדליגע טויזענדער אידישע אַרבייטער פֿון דער ווייטער אמעריקא; און אקסעלראָד איז פֿון אידען קיינמאָל ניט אָפּגעפֿרעמדט געוואָרען; דריטענם, בין איך ביי איהם געווען דער קאַהאַן, וואָם האָט אַריינגעבראַכט די אידען-פֿראַגע אויף דעם בריסעלער קאָנגרעם. איהם האָט שטאַרק פֿאַרדראָסען, פֿאַרוואָם יענער קאָנגרעם האָט צו מיין פֿאָרשלאַג זיך פֿאַרהאַלטען אַזוי ניט-פֿריינדליך. קורץ, ער האָט מיר אימער הערצליך געבעטען איהם אָפֿט צו באַזוכען, און יעדעם מאָל האָט ער מיך אויפֿגענומען ווי אַ גוטען גאַסט.

פּאָול אַקסעלראָד.
פּאָול אַקסעלראָד.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 318–319)

די אָנגעפֿאָהרענע רוסישע רעוואָלוציאָנערען האָבען מיר און ווינטשעווסקי'ן מקנא געווען. דער קאָנגרעם איז ביי זיי געווען אַ גרויסער יום-טוב. אין רוסלאַנד פֿלעגט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון עטליכע מענשען זיין אַן אונטער-ערדישע זאַך, און דאָ קומען זיך צוזאַמען דעלעגאַטען פֿון דער גאַנצער וועלט, און אַלץ איז אָפֿען, פֿראַנק און פֿריי, און מיר ביידען זיינען מחותּנים, דעלעגאַטען מיט אַלע דעלעגאַטען גלייך.

פֿון דער רוסישער באַוועגונג זיינען צו דיזען קאָנגרעם אויך געקומען עטליכע דעלעגאַטען (פֿלעכאַנאָוו פֿון די רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען און דריי פֿאָרשטעהער פֿון די פּוילישע סאָציאַליסטען: מענדעלסאָן, זיין קריסטליכע פֿרוי, דעמבסקי, און יאָדקאָ). זיי האָבען אָבער סיי ווי סיי געוואוינט אין אויסלאַנד, און עלעקטעד האָט מען זיי אין געהיים.

קיין „אמת'ע" דעלעגאַטען זיינען פֿון רוסלאַנד ניט געווען. איך און ווינטשעווסקי זיינען געווען „אמת'ע" דעלעגאַטען, און320רוסישע זיינען מיר אויך, האָט מען אונז מקנא געווען און אַרויסגעוויזען אויפֿמערקזאַמקייט.

אַ פּאָר אָוונדען האָב איך ביי אקסעלראָד'ען פֿאַרבראַכט צוזאַמען מיט פֿלעכאַנאָוו'ן, וויערא זאַסוליטש און אַנדערע רוסישע רעוואָלוציאָנערען. מיין באַגעגעניש מיט די ערשטע צוויי איז ביי מיר געווען אַ גרויסע פּאַסירונג. וויערא זאַסוליטש האָט אין 1878 אויפֿגעשטורעמט רוסלאַנד מיט איהר שאָם אויף דעם פּעטערסבורגער שטאָדט-הערשער טרעפּאָוו'ען. זי איז געווען איינע פֿון די באַריהמסטע פֿרויען אין אייראָפּא, און דער אינטעליגענטער יונגער דור פֿון רוסלאַנד האָט איהר פֿאַרגעטערט. וואָם אנבאַטרעפֿט פֿלעכאַנאָוו'ן, איז ער אויך שוין לאַנג באַקאַנט געווען אין רעוואָלוציאָנערע רוסישע קרייזען. ער האָט דער ערשטער געהאַלטען אַ רעוואָלוציאָנערע רעדע אין מיטען גאַם (אין פּעטערסבורג).

אין 1879, ווען עם איז פֿאָרגעקומען אַ געהיימער צוזאַמענפֿאָהר פֿון די וויכטיגסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערען און זייער פּאַרטיי איז געשפּאָלטען געוואָרען, איז ער געווען איינער פֿון די דעלעגאַטען. ווען ער האָט געהערט, אַז מען רעדט וועגען פּאָליטיק און וועגען גוואַלט-טהאַטען מיט פּאָליטישע צוועקען, האָט ער זיך מיט צאָרן צוריקגעצויגען. ער איז דאַן געווען אַנאַרכיסטיש געשטימט און איז געווען געגען פּאָליטישער טעטיגקייט, און ער איז דאַן געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער פּאַרטיי „טשאָרני פּערעדיעל", וועלכע איז דערמאָנט אין ערשטען באַנד (זייט 394). שפּעטער האָט ער זיינע מיינונגען וועגען פּאָליטיק געענדערט, און די לעצטע עטליכע יאָהר איז ער געוואָקסען אַלם דענקער און פֿיהרער פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער ריכטונג אין דער ראַדיקאַלער רוסישער וועלט.

אין צווייטען באַנד (זייטען 291-292), האָב איך דערמאָנט זיין בוך, „אונזערע מיינונגס-פֿאַרשידענהייטען", וועלכען ער האָט געשריבען אַלם אָפֿענעם בריף צו פֿעטער לאַוואָראָוו'ן. זינט דאַן האָט ער פֿאַרנומען לאַוואָראָוו'ם פּלאַץ אַלם גייסטיגער פֿיהרער פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע.321וויערא זאסוליטש איז דאן געווען אין די אינגערע מיטעלע יאהרען. זי איז געווען זעהר אָרים געקלייידעט און האָט זיך געהאַלטען מיט אַ מערקווירדיגער איינפֿאַכקייט. זי איז געווען ניט קיין שעהנע, אָבער גוטסקייט און אידעאַליזם זיינען געווען אויסגעגאָסען אויף איהר פּנים. ריידענדיג האָט זי אָפֿט געגעבען אַ שמייכעל. דערביי פֿלעגט דער נאָז ביי איהר פֿאַרקאָרטשעט ווערען. אָבער דאן פֿלעגט איהר ליבליכקייט נאָך העלער לייכטען.

יענעם אָוונד איז פֿלעכאַנאָוו געזעסען לעבען איהר, און איינמאָל, ווען זי האָט זיך פֿאַררעדט און פֿאַרטראַכט, האָט ער אויף שפּאַס אויפֿגעגעסען איהר איינגעמאַכץ, אום צו ווייזען אַז זי איז צוטראַגען און באַמערקט קיין זאַך ניט.

עס איז געקומען צו רייד וועגען אידישען הומאָר. פֿלעכאַנאָוו האָט באַמערקט, אַז אין אונזערע וויצען געפֿינט ער קיין טעם ניט; אַז ווען מען גיט איהם איבער אַ אידישען וויץ, זעהט ער ניט פֿון וואָס עס איז דאָ צו לאַכען (פֿאַרבייגעהענדיג וויל איך באַמערקען, אַז זיין פֿרוי איז געווען אַ אידישע און אַז זיינע בעסטע און נאָהענטסטע פֿריינד זיינען געווען אידישע רעוואָלוציאָנערען). אימיצער פֿון די אידישע סטודענטען — דאַכט זיך אַז אַקסעלראָד'ס שוואָגער — האָט דאן זיך געווענדעט צו מיר, אַז איך, אַלס אַ פֿאַרשטעהער פֿון אידישע סאָציאַליסטען, זאָל ראַטעווען דעם נאָמען פֿון אידישען הומאָר.

איך האָב געמאַכט די געוויינשטע פּראָבע: איך האָב דערצעהלם צוויי באַקאַנטע אידישע אנעקדאָטען. איין אַנעקדאָט באַשטעהט אין פֿאָלגענדען: אַ רב פֿלעגט אין באָד אַנטאָן די סקאַרפּעטקעס אויפֿ'ן לינקען זייט. ווי דער שטייגער איז, פֿלעגט די רביצין איהם זיי מיטגעבען אויפֿ'ן לינקען זייט, ערוואַרטענדיג אַז פֿאַר'ן אָנטאָן וועט ער זיי איבערקעהרען אויפֿ'ן רעכטען זייט; פֿלעגט ער דאָס אָבער אימער פֿאַרגעסען. און די רביצין פֿלעגט זיך באַקלאָגען אויף דעם. ענדליך האָט זי פֿאַר זיין אוועקגעהן אין באָד שוין אַליין איבערגעקעהרט זיינע סקאַרפּעטקעס; דאַרף זיך גראָד טרעפֿען, אַז דיזען מאָל האָט322דער רב זיך דערמאָנט און ער האָט די סקאַרפּעטקעס אויסגעקעהרט. ווען ער איז געקומען אהיים און די וויב האָט דערזעהן אַז ער טראָגט זיי אויף דער לינקער זייט, האָט זי אויסגעשריען: „איך האָב שוין איבערגעקעהרט און עס איז נאָך אַלץ אויפֿ'ן לינקען זייט!" אויף דעם האָט דער רב געענטפּערט מיט ערשטוינונג: „זעה נאָר, דו האָסט איבערגעקעהרט און איך האָב איבערגעקעהרט און עס איז נאָך אַלץ אויפֿ'ן לינקען זייט!"

איך האָב דאָס דערצעהלט פֿאַר פֿלעכאַנאָוו'ן (אויף רוסיש, נאַטירליך) און ער האָט געקיכט פֿון געלעכטער. די אידען, וואָס האָבען זיך געפֿונען דערביי, זיינען געווען אויפֿ'ן זיבעטען הימעל.

דער צווייטער אנעקדאָט איז געווען וועגען אַ צוטראָגענעם מלמד, וועמען די וויב האָט געשיקט צו אַ שכנה באָרגען צוויי רויהע אייער. די שכנה האָט געהאַט צוויי אייער, אָבער שוין אָהן די שאָלעכץ. „אין וואָס וועט איהר דאָס נעהמען?" — פֿרעגט זי. נעהמט דער צוטראָגענער מלמד אַראָפּ די יאַרמולקע פֿון קאָפּ, מאַכט אַ גריבעלע אין איהר און זי גיסט אריין אַן איי. „און די אנדערע וואו וועט איהר האַלטען?" — פֿרעגט זי. קעהרט ער איבער די יאַרמולקע און זי טוט אריין די צווייטע איי. אַזוי טראָגענדיג די יאַרמולקע מיט דער איי, קומט דער מלמד אהיים. זאָגט די וויב צו איהם: „שלימזלניק! איך האָב דאָך דיר געזאָגט זאָלסט מיר ברענגען צוויי." זאָגט ער: „אָט איז נאָך איינע!" און דערביי דרעהט ער איבער די יאַרמולקע מיט'ן אויבען אַראָפּ, אַזוי אַז די צווייטע איי ווערט אויך אויסגעגאָסען.

איך האָב דעם אנעקדאָט פֿאָרגעשטעלט מיט אַ ווייכען הוט אנשטאָט אַ יאַרמולקע. פֿלעכאַנאָוו האָט זיך אַזוי צולאַכט, אַז ער האָט קוים געקענט קומען צו זיך. קיין נאַציאָנאַליסטען זיינען אין דעם צימער ניט געווען. דאָך האָט מען מיך אויפֿגענומען מיט אַזעלכע אַפּלאָדיסמענטען, אַז עס האָט אויסגעזעהן ווי אַן אָוואַציע צו אַ מענשען וואָס האָט געראַטעוועט דעם אידישען כבוד.

6

323[טאָפּיק] אויפֿ'ן קאָנגרעס. — אמעריקאנער דעלעגאַטען. — ווידער מערלינא. — איך באַקום דאָס וואָרט. — דע-ליאָן. — בערנארד שאַא. — די „יונגע".

געאָרג פּלעכאַנאָוו. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1893.
געאָרג פּלעכאַנאָוו. — פֿאָטאָגראַפֿירט אין 1893.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 322–323)

דער טאָן זאַל, וואו דער קאָנגרעס האָט געהאַט זיינע זיצונגען, איז געווען אַ גרויסער און אַ שעהנער. די פּלאַטפֿאָרמע איז געווען דעקאָרירט מיט רויטע פֿאָהנען און ביוסטען פֿון קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, פֿערדינאַנד לאַסאַל און אַ באַריהמטער שווייצאַרישער פֿערזענליכקייט. די גאַלעריע איז געווען געפּאַקט מיט רוסישע סטודענטען און מיט שווייצאַרישע ארבייטער.

אין אַלגעמיין האָט דער קאָנגרעס געהאַט דעם זעלבען כאַראַקטער ווי דער בריסעלער. עס זיינען געווען פֿאַרטראָטען ארום צוואַנציג נאַציאָנאַליטעטען; אָבער ריידען פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע האָט מען ערלויבט נאָר אויף דריי שפּראַכען: דייטש, פֿראַנצויזיש און ענגליש. די דייטשע סאָציאַל-דעמאָקראַטען האָבען ווידער געשפּיעלט די הויפּט ראָלע; און אויף דער פּלאַטפֿאָרמע איז די טאַכטער פֿון קאַרל מאַרקס, עלעאַנאָרא עוועלינג, ווידער געווען איינע פֿון די הויפּט-פֿיגורען.

פֿון אמעריקא זיינען דאן געווען פֿיער דעלעגאַטען: סעניעל, דעליאָן, האָען פֿון סט. לואיס, וועלכער איז איצט שוין געקומען אַלס דעלעגאַט פֿון אונזער פֿאַרטיי, און איך. מיר זיינען געזעסען ביי איין טיש מיט די דעלעגאַטען פֿון ענגלאַנד.

ווידער האָבען זיך געמעלדעט דעלעגאַטען פֿון דער אנאַרכיסטישער באַוועגונג; ווידער מערלינא און עטליכע גענאָסען זיינע. עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דיזעלבע דעבאַטע, וועלכע מען האָט שוין דורכגעמאַכט אויף דעם פֿאַריזער קאָנגרעס פֿון 1889 און אויף דעם בריסעלער פֿון 1891: זאָל מען זיי צולאָזען אָדער ניט? מען האָט זיי געגעבען דאָס וואָרט. און דער פֿלאַמענדער מערלינא האָט ווידער געהאַלטען אַ רעדע.324פֿאַר זייער צולאָזונג האָבען זיך אויסגעשפּראָכען אַ פּאָר דייטשע דעלעגאַטען פֿון אַ גרופּע, וועלכע איז דאן געווען באַקאַנט מיט דעם נאָמען „די יונגע". זיי האָבען זיך באַטראַכט אַלס פֿיעל „רעוואָלוציאָנערער" ווי די פֿיהרער פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פֿאַרטיי. זייער הויפּט פֿיהרער איז געווען אַ בלאַסער, דאַרער, הויכער אידישער יונגער מאַן מיט'ן נאָמען לאנדאו. ער און אַ פֿאָר אנדערע האָבען געהאַלטען פֿיערדינגע רעדעס צו גונסטען פֿון די אנארכיסטען; אָבער אַ מאַיאָריטעט פֿון די רעדנער האָט זיך ערקלערט געגען זייער צולאָזונג. מען האָט ווידער אויסגעדריקט רעספּעקט צו מערלינא'ן פֿערזענליך און ווידער אָנגעוויזען, אַז זיין פֿאַרטיי איז דער היפּוך פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג און אַז דעריבער וואָלט געווען אַן אונזין זיי אריינצונעהמען אין אַ סאָציאַל-דעמאָקראַטישען קאָנגרעס. אין דיזען זין זין האָט גערעדט אויך איין דעלעגאַט נאָך דעם אנדערען.

מען האָט אויסגערופֿען מיין נאָמען. איך בין ארויף אויף דער פּלאַטפֿאָרמע און געהאַלטען אַ רעדע אויף ענגליש. איך האָב געזאָגט אונגעפֿעהר דאָס פֿאָלגענדע: מען קען ניט דערגעהן קיין טאָלק וואָס די אנארכיסטען ווילען; מען קען נאָר פֿאַרשטעהן וואָס זיי ווילען ניט. און דאָס דייטליכסטע אין דיזער הינזיכט זיינען צוויי פּונקטען: זיי זיינען געגען אָפּשטימונג און געגען פֿאַרשטעהערשאַפֿט. זיי זיינען געגען דעלעגאַטען. זיי גלויבען ניט אַז אימיצער קען רעפּרעזענטירען אימיצען אויסער זיך אַליין. דאָס זיינען די איינציגע צוויי זאַכען, וועלכע מען קען פֿאַרשטעהן אין דעם אנארכיזם. וואָס זעהען מיר דאָ? אנארכיסטען, דאָס הייסט מענשען, וואָס זיינען געגען יעדער פֿאַרשטעהער-סיסטעם, פֿאָדערען אַז מען זאָל זיי צולאָזען אַלס פֿאַרשטעהער פֿון זייער אנטי-פֿאַרשטעהער פֿאַרטיי. אַ געוויסער אידישער גענאָסע אונזערער אין אמעריקא (איך האָב געמיינט י. פֿינן פֿון באָסטאָן) האָט אין אַן ארטיקעל באַוויזען, אַז דער „קאָמוניסטישער אנארכיזם" איז אַן אונזין, ווייל קאָמוניזם איז דער היפּוך פֿון אנארכיזם. אַלזאָ, האָט ער געזאָגט, איז קאָמוניסטישער אנארכיזם אַזאַ ווידערשפּרוך ווי325וואַרימע אייז-קרים. דער משל פּאַסט זיך נאָך בעסער צו דער פֿראַגע, וועלכע מיר באַטראַכטען איצט: וואָרים דער וואָרט אנארכיזם שליסט אויס יעדען באַגריף וועגען קאָנגרעסען און דעלעגאַטען. יאָ, דער וואָונש פֿון די אנארכיסטען אנטייל צו נעהמען אין דיזען קאָנגרעס איז וואַרימע אייז-קרים.

די ענגלענדער האָבען זיך צולאַכט. ענגלישע דעלעגאַטען איז ניט געווען קיין סך. דייטשען איז אָבער אויפֿ'ן קאָנגרעס געווען אַ גרויסע מחנה, און ווען אַ דייטשער דעלעגאַט מיט'ן נאָמען מאָטעלע האָט מיין רעדע איבערזעצט אויף זיין שפּראַך, האָט אויסגעשאַסען אַ געלעכטער, וועלכער האָט פֿאַרהילכט דעם זאַל. עלעאַנאָרא מארקס-עוועלינג האָט דאן מיין רעדע איבערזעצט אויף פֿראנצויזיש, און ווידער האָט דער זאַל געקראַכט פֿון געלעכטער.

ווען איך האָב זיך אומגעקערט צו מיין סיט, האָט דעליאָן ביי מיר געפֿרעגט מיט אַ קאַלטען טאָן:

— ווען האָט איהר אריינגעגעבען אַ צעטעלע אַז איהר בעט דאָס וואָרט?

ער האָט חושד געווען, אַז איך האָב גאָר קיין צעטעלע ניט אריינגעגעבען און אַז איך האָב „פּולל" אויף דער פּלאַטפֿאָרמע.

— איך האָב אריינגעגעבען — האָב איך איהם געענטפֿערט פּונקט אַזוי קאַלט ווי ער האָט געפֿרעגט.

דער אמת איז, אַז איך האָב שריפֿטליך טאַקע מיין נאָמען ניט צוגעשיקט. אויך איז געווען אמת אַז איך האָב געהאַט אַ „צד אין טיש" — עלעאַנאָרא מארקס-עוועלינג. איך האָב פֿון ווייטען געגעבען מאַדאַם עוועלינג אַ צייכען, אַז איך וויל האָבען דאָס וואָרט, און גלייך ווי דער דעלעגאַט, וואָס איז דאן געשטאַנען אויף דער פּלאַטפֿאָרמע, האָט געענדיגט, האָט מען מיך אויפֿגערופֿען. דעליאָן האָט זיין נאָמען צוגעשיקט שריפֿטליך. אַזוי האָבען אָבער געטאָן פֿילע אנדערע אויך, און יעדער האָט געמוזט וואַרטען אויף זיין רייהע. קיינער האָט דעליאָנ'ען נאָך דאן אויף די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנגרעסען ניט געקענט, און איידער ער האָט זיך דערוואָרט איז שוין געווען „שלום". אַלזאָ, האָט איהם326פֿאַרדראָסען פֿאַרוואָס איך האָב געהאַט דאָס וואָרט און געצוינגען אויפֿמערקזאַמקייט אָן ער ניט.

אונזערע באַציהונגען זיינען דורך דעם געוואָרען אָנגעשטרענגט. געוועהנליך פֿלעגט ער זיין לוסטיג און אָפֿט זאָגען אַ וויץ, אַמאָל זאָגאר אַן אונאָנשטענדיגען. איצט האָבען מיר כמעט ניט גערעדט. אָבער איינריימען מיט מיר האָט ער ניט געוואָלט, וואָרים אין אמעריקא איז ער אין דער באַוועגונג נאָך געווען ניי. זיין נאָמען און זיין מאַכט האָבען ערשט גענומען וואַקסען. קורץ: אויף מאָרגען האָט ער צו מיר גענומען ריידען אין אַ שפּאַסיגען טאָן, און די פֿאַרהעלטניסען צווישען אונז זיינען ווידער געוואָרען ווי געוועהנליך.

איינער פֿון די ענגלישע דעלעגאַטען איז געווען אַ הויכער מאַן מיט אַ רויטער באָרד. דאָס איז געווען בערנארד שאַא. ער איז נאָך דאן באַריהמט ניט געווען: אפֿילו אין ענגלאַנד האָט מען פֿון איהם ווייניג געוואואסט — כמעט נאָר אין סאָציאַליסטישע קרייזען, און זיי זיינען דאָרטען נאָך געווען קליין. ער איז געווען איינער פֿון די גרינדער און פֿיהרער פֿון דער ניט-דעוואָלוציאָנערער, ניט-מארקסיסטישער סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט „די פֿייביען סאָסייעטי", וועלכע עקזיסטירט נאָך היינט. אַלס שרייבער האָט ער דאן אנטייל גענומען אין אַ וואָכען-בלאַט, וואו ער פֿלעגט דרוקען קריטישע איבערבליקען איבער מוזיק. אַז ער וועט ווערען אַ וועלט-באַריהמטהייט אַלס סאַטיריקער און דראַמאַטורג האָט זיך דאן נאָך קיינעם ניט גע'חלום'ט.

אַ קורצע צייט פֿאַר דעם צוריכער קאָנגרעס איז ער געוואָרען איינער פֿון די רעדאַקטאָרען פֿון אַ נייער טעגליכער צייטונג אין לאָנדאָן, אַן אָוונד-בלאַט מיט'ן נאָמען „סטאַר", וועלכע זיך געדרוקט אויף רויטע פּאַפּיר. צוויי טעג נאָך דעם ווי עס איז פֿאָרגעקומען די דעבאַטע וועגען די אנארכיסטען, געהט ער צו מיר צו מיט אַ פּעקעל פֿון זיינע רויטע צייטונגען און גיט מיר אַיינע. איך גיב אַ קוק: ער האָט דאָרטען אַ באַריכט פֿון דער דעבאַטע, און מיין רעדע גיט ער איבער אין אַ שפּאַסיגען327טאָן. ער זאָגט דאָרטען, אַז דער טאָג איז געווען אַזאַ לאַנגווייליגער, אַז אפֿילו אַזאַ ניט-געראָטענער וויץ ווי „געקאָכטע אייז-קרים" האָט אויך ארויסגערופֿען געלעכטער. דערנאָך האָט ער מיט מיר גערעדט וועגען זיין באַריכט און געמאַכט שפּאַס פֿון זיין אייגענע שפּאַס-מאַכעריי.

דער אויבען-דערמאָנטער איגלעזיאַס, דער שפּאַנישער דעלעגאַט, וועלכער האָט זיך אַזוי באַליבט געמאַכט ביי דעם בריסעלער קאָנגרעס, איז אין צוריך אויך געווען אנוועזענד. ער האָט דאָס וואָרט ניט געבעטען. דעליאָן אָבער האָט איהם פֿאָרגעשלאָגען, אַז ער זאָל יאָ האַלטען אַ רעדע, און אַז ער, דעליאָן, זאָל איהר איבערזעצען (איך וויל דערמאָנען דעם לעזער, אַז דעליאָן איז געווען פֿון ווענעזועלא; אַלזאָ, איז זיין מוטער-שפּראַך געווען שפּאַניש). איגלעזיאַס האָט דעם פֿאָרשלאַג אָנגענומען. ער האָט גערעדט פֿילייכט פֿינף מינוט. דעליאָנ'ס איבערזעצונג אָבער האָט גערויערט ביי צוואַנציג מינוט. ער וואָלט אפֿשר גערעדט ווייטער, אָבער די דייטשע דעלעגאַטען האָבען איהם אונטערבראָכען.

— דאָס איז שוין איינמאָל אַן איבערזעצונג! — האָט איינער פֿון זיי אויסגעשריען מיט אַ באַסאָוון געלעכטער. אנדערע האָבען דאָס אויפֿגעכאַפּט, און דעליאָן האָט געמוזט סטאָפּען.

איך האָב דערמאָנט „די יונגע" און לאנדאו'ן, זייער פֿיהרער. אונזערע אנארכיסטען אין אמעריקא פֿלעגען אָנווייזען אויף די אַטאַקעס, וואָס לאנדאו מאַכט אין דייטשלאַנד אויף ליעבקנעכט'ן און בעבעל'ן פֿאַר זייער „ניט רעוואָלוציאָנערע" טאַקטיק. אַלזאָ, האָב איך איצט, זייענדיג אין צוריך, וועגען דעם ענין געהאַט אַ געשפּרעך מיט בעבעל'ן.

דער עיקר פֿון בעבעל'ס ענטפֿער אויף מיין פֿראַגע איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:

די טענות פֿון „די יונגע" זיינען נאַטירליך קינדערשע; אין זיי איז פֿאַראַן אַ סך מעהר פֿייער ווי זין; אָבער ביין זיין אויף זיי דאַרף מען ניט. פֿאַרקעהרט, זייער זידלעריי איז328נוצליך. ווען עס זאָל ניט זיין קיין קריטיק, וואָלטען מיר אנטשלאָפֿען געוואָרען. ווען אַלע וואָלטען געווען איינפֿאַרשטאַנען, וואָלט די באַוועגונג פֿאַרגליווערט געוואָרען. מיט זייערע אַטאַקעס רופֿען זיי ארוים אינטערעסאַנטע דעבאַטען. און דאָס ברענגט נוצען.

דער ענטפֿער איז פֿאַר מיר געווען אַן איבעראַשונג. איך האָב אָבער איינגעזעהן זיין ריכטיגקייט, און ער האָט פֿאַר מיר באַשטעטיגט בעבעל'ס נאָמען אַלס אַ קלוגער מענש.

7

[טאָפּיק] סערגעי שעוויטש. — זיין קלאָגע. — דער באַשלום.

איינמאָל, געהענדיג איבער אוניווערסיטעטס שטראַסע אין אַ זונען-טאָג, האָב איך זיך געטראָפֿען געזיכט צו געזיכט מיט אונזער פֿיל-געאַכטעטען, טייערען סערגעי שעוויטש, וועלכער איז מיט דריי יאָהר צוריק אוועקגעפֿאָהרען פֿון אמעריקא. די באַגעגעניש איז פֿאַר מיר געווען אַ העכסט אנגענעהמע איבערראשונג.

זיין הויכע, שטאַרקע פֿיגור, זיין שעהנער, אינטערעסאַנטער פּנים זיינען געווען די זעלבע; נאָר די שוואַרצע האָר און די שוואַרצע באָרד זיינען שוין געווען גרוילעך. זיין אַנצוג איז אויך געווען אַ גרויער. מיין באַגריסונג האָט געהילכט מיט דעם טיפֿען רעספּעקט און ליבע, וועלכע איך און אַלע אונזערע רוסישע חברים אין אמעריקא האָבען געפֿיהלט צו דיזען באַגאַבטען אינטערעסאַנטען מאַן. און ער האָט זיך אויך דערפֿרעהט מיט אונזער באַגעגעניש. נאָך מעהר ווי איך האָב ערוואַרט. ער האָט מיר געזאָגט, אַז טיילווייז איז ער געקומען קיין צוריך (פֿון מינכען) טאַקע ווייל ער האָט געלעזען, אַז איך בין איינער פֿון די דעלעגאַטען. און ער האָט באַלד ערקלערט וואָס ער מיינט: ער איז געקומען פֿאָדערען פֿון דעם פֿאָרשטאַנד (עקזעקוטיוו קאָמיטע) פֿון דער דייטשער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער329פּאַרטיי, אַז איהר הויפּט אָרגאַן, דער בערלינער „פֿאָרווערטס", זאָל צוריקציהען דעם בלבול, וואָס ער האָט געמאַכט אויף איהם.

עס איז געווען אַזאַ געשיכטע: מיט אַ יאָהר פֿריהער איז אין דעם בערלינער „פֿאָרווערטס" ערשינען אַ נאָטיץ וועגען שעוויטש'ן, אין וועלכען מען האָט איהם באַשולדיגט, אַז ער איז אַ שפּיאָן פֿון דער רוסישער רעגירונג. געגרינדעט אין דיזע באַשולדיגונג געווען אויף דעם פֿאַקט, אַז ער, שעוויטש, האָט אָפֿען באַזוכט רוסלאַנד און מען האָט איהם דאָרטען ניט אַרעסטירט. שעוויטש האָט צו דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס" צוגעשיקט אַן ערקלערונג, אָבער זיין בריעף איז ניט געדרוקט געוואָרען. די ניו יאָרקער „פֿאָלקס-צייטונג", דער דייטשער אָרגאַן פֿון די ניו יאָרקער סאָציאַליסטען, האָט געמאַכט חוזק פֿון דער באַשולדיגונג, און גערעדט מיט הויכען רעספּעקט וועגען שעוויטש'ן. די רעדאַקציע פֿון דעם בערלינער „פֿאָרווערטס" האָט די ניו יאָרקער „פֿאָלקס-צייטונג" באַקומען. זי האָט דיזען אַרטיקעל געוויס געזעהן, אָבער דאָס האָט אויף איהר ניט געווירקט. די באַשולדיגונג געגען שעוויטש'ן האָט זי צוריק ניט געצויגען. אַלזאָ, איז איצטער שעוויטש ספּעציעל געקומען קיין צוריך, וואו עס זיינען געווען פֿאַרזאַמעלט אַלע פֿיהרער פֿון דער דייטשער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, מיט דעם צוועק צו פֿאָדערען גערעכטיגקייט. דאָס וואָלט ער אייגענטליך געקענט טאָן אין בערלין; אָבער דאָ אין צוריך, האָט ער געוואָוסט, וועלען זיין דעלעגאַטען פֿון ניו יאָרק, וואו ער האָט געפֿיהרט זיין סאָציאַליסטישע טעטיגקייט און וואו מען האָט איהם גוט געקענט אַלס מענש, אַזוי גוט ווי אַלס סאָציאַליסט. פֿאַר איהם איז וויכטיג געווען לוסיען סעניעל, אַלס איינער פֿון די עלטערע ניו יאָרקער סאָציאַליסטען, אָבער פֿאַר איהם איז ספּעציעל וויכטיג געווען דער אַמעריקאַנער דעלעגאַט, וועלכער איז אַליין אַ רוסישער, איז פֿאַראינטערעסירט אין דער רעוואָלוציאָנערער רוסישער באַוועגונג, און איז גוט באַקאַנט מיט שעוויטש'עס באַציהונגען צו די רוסישע רעוואָלוציאָנערע גרופּען פֿון אַמעריקאַ.

שעוויטש'עס קייס איז אויפגענומען געוואָרען אין אַ מיטען טאָג,330צווישען דער מאָרגענדיגער און נאָכמיטאָגדיגער זיצונג פֿון דעם קאָנגרעס. די פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אויף אַ קליינער פּלאַטפֿאָרמע, וועלכע איז געווען אַרומגערינגעלט מיט גרינע פֿאַרהאַנגען. געוועהנליך האָט מען דאָס געברויכט אַלס איינעם פֿון די קאָמיטע רומס. איצט אָבער, ווען אַלע אַנדערע דעלעגאַטען זיינען אַוועק מיטאָג-עסען, איז דאָ פֿאַרהאַנדעלט געוואָרען שעוויטש'עס קלאַגע. צו דיזען צוועק האָבען זיך דאָ פֿאַרזאַמעלט די מיטגלידער פֿון דעם „פֿאָרשטאַנד", אָדער עקזעקוטיוו קאָמיטע, פֿון דער דייטשער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, שעוויטש און די אַמעריקאַנער דעלעגאַטען. ווילהעלם ליב-קנעכט איז געווען אָנוועזענד אַלס מיטגליד פֿון „פֿאָרשטאַנד", און אַלס הויפּט-דעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס".

דער סעקרעטער פֿון דעם „פֿאָרשטאַנד" איז דאן געווען ריכאַרד פֿישער (זיין בילד געפֿינט זיך אין דער דעלעגאַטען-גרופּע ביי פֿיידזש 162). ער האָט גערופֿען דעם מיטינג צו אָרדער. שעוויטש האָט ערקלעהרט זיין טענה. ריידענדיג מיט זעלבסט-ווירדע, קורץ און קלאָהר, האָט ער געפֿאָדערט, אַז מען זאָל אויסהערען די אַמעריקאַנער דעלעגאַטען. ער האָט געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע אונגעפֿעהר:

— די גענאָסען אין דייטשלאַנד האָבען פֿון מיין סאָציאַליסטישער טעטיגקייט גאַנץ ווייניג געוואוסט. מיין טעטיגקייט איז געווען אין אַמעריקא. ווען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס" האָט געהערט עפּעס וועגען מיר, האָט די איינפֿאַכע אַנשטענדיגקייט געפֿאָדערט, אַז זי זאָל צוערשט אָנפֿרעגען ביי די גענאָסען אין ניו יאָרק, און ניט גלייך ארויסקומען מיט אַן עקעלהאַפֿטער באַשולדיגונג אויף אַ גענאָסע, ניט האָבענדיג אַבסאָלוט קיין גרונד דערצו. אָט זיינען די פֿאַרשטעהער פֿון דער אַמעריקאַנער באַוועגונג — גענאָסע סעניעל און גענאָסע קאַהאָן — מיט וועלכע איך האָב געאַרבייט צוזאַמען פֿילע יאָהרען. איך באַציה זיך ספּעציעל אויף גענאָסע קאַהאָנ'ען, ווייל ער איז אַליין אַ רוסישער רעוואָלוציאָנער און ער ווייס וואָס די רוסישע קאָלאָניע פֿון ניו יאָרק דענקט וועגען דיזער אָנגעלעגענהיים.331איך און סעניעל האָבען געזאָגט, אַז די באַשולדיגונג, וואָס דער „פֿאָרווערטס" האָט געמאַכט געגען שעוויטש'ן איז לעכערליך און סקאַנדאַליעז. סעניעל האָט גערעדט וועגען שעוויטש'עס הויכע פֿאַרדינסטען אין דער אַמעריקאַנער באַוועגונג, און דעליאָן, וועלכער איז מיט שעוויטש'ן באַקאַנט געוואָרען אין דער צייט פֿון דעם הענרי דזשאָרדזש קעמפּיין, האָט גערעדט אין דעם זעלבען טאָן.

איך האָב פֿאַרגעשטעלט ווי הויך שעוויטש ווערט געשעצט אין דער רוסישער קאָלאָניע פֿון ניו יאָרק, און איך האָב ערקלערט, אַז איהם איז מעגליך געווען צו באַקומען אַ רוסישען פּאַספּאָרט אויף אַן אַנשטענדיגען אופֿן.

שעוויטש'עס משפּחה האָט פֿאַרנומען אַ הויכען פּלאַץ אין רוסלאַנד (דאָס איז געווען אַ באַראָנען-פֿאַמיליע פֿון דעם ריגער געגענד, און שעוויטש'עס ברודער איז געווען אַ גובערנאַטאָר). אין רוסלאַנד גופֿא האָט שעוויטש אין דער באַוועגונג קיין אַנטייל ניט גענומען. ער האָט דאָרטען איבערהויפּט זעהר ווייניג צייט פֿאַרבראַכט. אַלזאָ, איז פֿאַר זיינע קרובים, דורך זייערע פֿריינד פֿון די הויכע פֿענסטער, ניט שווער געווען צו באַקומען אַ פּאַספּאָרט פֿאַר איהם. שעוויטש איז געפֿאָהרען קיין רוסלאַנד אין די אינטערעסען פֿון זיין ירושה, און די רוסישע רעגירונג האָט דאָס געוואוסט. וועגען דער רייניקייט פֿון זיין סאָציאַליסטישער טעטיגקייט האָט קיין פֿראַגע ניט געקענט זיין. דאָס אַלץ האָב איך ערקלערט פֿאַר דעם „פֿאָרשטאַנד".

דאן האָט גענומען דאָס וואָרט ווילהעלם ליעבקנעכט, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם בערלינער „פֿאָרווערטס". ער איז געווען אַ היציגער מענש און אָפֿט האָט זיין כעס אַריבערגעוואויגען זיין פּראַקטישען שכל. ער איז געווען אַ געבילדעטער מאַן און אַ טאַלאַנטפֿולער און ער איז מיט לייב און לעבען אָפּגעגעבען צו דעם קאַמף פֿון דעם אַרבייטער קלאַס. אָבער אין וועלטליכע זאַכען האָט ער אָפֿט אַרויסגעוויזען מעהר טעמפּעראַמענט ווי טאַקט. ביי דיזער געלעגענהייט האָט ער גערעדט ווי אַ קאַפּריזנע קינד: „דאָס וואָס איז געווען געשריבען אין „פֿאָרווערטס", וועט ער צוריק ניט ציהען, — האָט ער ערקלעהרט מיט כעס, —332עס איז ניטאָ קיין גרונד דערצו; ניטאָ גענוג באַוויעז, אַז שעוויטש איז אונשולדיג". אזוי האָט ער געענדיגט און ער האָט זיך אַוועקגעזעצט מיט אַ בייזער מינע אויפֿ'ן פּנים.

ווען ליעבקנעכט האָט געענדיגט, האָט אוגוסט בעבעל גענומען דאָס וואָרט. איך געדענק ווי ער האָט אָנגעפֿאַנגען:

„נון בין איך דער מיינונג"...

ער האָט גלייך ערקלערט, אַז ער איז מיט ליעבקנעכט'ן ניט איינפֿאַרשטאַנען. איך האָב געגעבען אַ קוק אויף ליעב-קנעכט'ן און איך האָב געזעהן ווי דער וואָלקען אויף זיין פּנים צוגעהט זיך.

בעבעל'ס ערקלערונג איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: „מיר אין דייטשלאַנד וויסען פֿון שעוויטש'עס טעטיגקייט ניט; דיזע טעטיגקייט האָט ער אָנגעפֿיהרט אין אַמעריקא. דאָרטען איז מען מיט איהם געווען פֿאַרבונדען אין פֿאַרלויף פֿון יאָהרען. דאָ האָבען מיר איצט אַמעריקאַנער גענאָסען און זיי זאָגען, אַז די באַשולדיגונגען געגען איהם האָבען קיין גרונד ניט. אונזער פֿליכט איז, אַלזאָ, אָנצונעמען די מיינונג פֿון די אַמעריקאַנער גענאָסען. מיר האָבען ניט קיין שום רעכט איבערצולאָזען אַ פֿלעק אויף גענאָסע שעוויטש'ן. איך גלויב אָבער, אַז גענאָסע שעוויטש וועט זיך צופֿרידענשטעלען, ווען מיר וועלען איהם אַרויסגעבען אַן אָפֿיציעלען שריפֿט מיט אַן ערקלערונג, אַז די באַשולדיגונג געגען איהם, וואָס איז געווען געדרוקט אין „פֿאָר-ווערטס", איז אונבאַגרינדעט און אַז מיר נעהמען אָן די מיינונג פֿון אונזערע אַמעריקאַנער גענאָסען וועגען איהם. עס זיינען שוין אַריבער אַ פּאָר יאָהר, און איך גלויב ניט, אַז פֿאַר איהם איז נויטיג אַז די ערקלערונג זאָל דוקא געמאַכט ווערען אין דעם „פֿאָרווערטס". טאָמער געפֿינט ער אַמאָל פֿאַר וויכטיג דיזען שריפֿט אונזערען צו פֿאַרעפֿענטליכען, קען ער דאָס טאָן צו יעדער צייט".

— איך בין פֿאָלשטענדיג צופֿרידען, — האָט שעוויטש געזאָגט, — איך בעט נאָר, אַז מען זאָל אַ קאָפּיע פֿון דער333ערקלערונג צוגרייטען פֿאַר גענאָסע קאַהאָנ'ען, כדי די רוסישע גענאָסען פֿון אַמעריקא זאָלען דאָס קענען זעהן.

אױגוסט בעבעל (אין 1893).
אױגוסט בעבעל (אין 1893).
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 332–333)

עס איז באַשלאָסען געוואָרען צוצופֿערטיגען דריי קאָפּיעס, איינע פֿאַר שעוויטש'ן, אַ צווייטע פֿאַר'ן „פֿאָרשטאַנד" און אַ דריטע פֿאַר מיר. אַלע זאָלען אונטערגעשריבען ווערען פֿון פּאול זינגער, אַלס פֿאָרזיצענדער פֿון דעם „פֿאָרשטאַנד", און פֿון פֿישער, אַלס סעקרעטער.

— פֿערטיגט שוין אויך צו אַ פֿערטע קאָפּיע פֿאַר מיר—האָט זיך אָפּגערופֿען דעליאָן, און זיין וואונש איז אויך ערפֿילט געוואָרען. מען האָט אָפּגעמאַכט, אַז זינגער, פֿישער, שעוויטש, דעליאָן און איך זאָלען יענעם אָוונד זיך טרעפֿען אין אַ געוויסען קאַפֿע צו סאָפּער און דאָרטען זאָל מען אויפֿשרייבען און קאָפּירען דעם דאָקומענט.

אין דעם קאַפֿע האָב איך, אַ חוץ די דערמאָנטע גענאָסען, געפֿונען אַ פּאָר אַנדערע גענאָסען. ספּעציעל געדענק איך די אַנוועזענהייט פֿון וויקטאָר אדלער. ער האָט דאָרטען מיט מיר לאַנג געשמועסט וועגען דער אידישער באַוועגונג אין אַמעריקא. ער האָט מיר געפּרופֿט באַווייזען אַז ער קען ריידען אידיש, און באַוויזען האָט ער אַז ער קען ניט.

8

[טאָפּיק] אַ קבלת-פּנים פֿאַר ענגעלס'ן. — די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען. — איך האַלט אַ פֿאָרטראַג אין צוריך. — זשיטלאָווסקי. — „פֿאָרווואום".

דער קאָנגרעס האָט גענדויערט אַ וואָך. די לעצטע פֿאַר טעג האָט זיך גענומען הערען אַז מען ערוואַרט פֿרידריך ענגעלס'ן. ער איז דאן גראָד געווען אין דער שווייץ אויף זומער קוואַרטיר; האָבען די דייטשע גענאָסען איהם געפּרופֿט צורייִדען צו באַזוכען דעם קאָנגרעס. צוערשט האָט ער זיך פֿעסט ענטזאָגט. ער האָט ניט געוואָלט האָבען די אָוואַציעס, וואָס מען האָט זיך334געקליבען איהם צו מאַכען. די דייטשע דעלעגאַטען האָבען איהם אָבער געשיקט אַ שליח נאָך אַ שליח, ביז ער האָט ענדליך איינגעוויליגט צו קומען דעם לעצטען טאָג פֿון דעם קאָנגרעס, ווען די אַרבייט וועט שוין זיין פֿאַרענדיגט.

דעם לעצטען טאָג, אין מיטען פֿון דער פֿאַרמיטאָגדיגער זיצונג, ווען איך בין געשטאַנען מיט אימיצען אין אַ ווינקעל פֿון דעם זאַל און שטיל געשמועסט, האָבען מיר דערהערט אַ הוזשערייַ און אַ גערודער; און באַלד האָט אויסגעבראַכען אַ שטורמדיגער הוראַ-געשרייַ. איך גיב אַ קוק — איך זעה: דער אַלטער גרייזער ענגעלס, מיט זיין הויכער פֿיגור, מיט זיין ווייסער באָרד און מיליטערישע וואָנצעס, שטעהט אין מיטען פּלאַטפֿאָרמע. אַלע דעלעגאַטען האָבען זיך געשטעלט, און מייסטע האָבען געשריען און אַפּלאָדירט. איך זאָג „מייסטע", וואָרים די פֿראַנצויזישע דעלעגאַטען זיינען געבליבען שטיל; זיי האָבען זיך געשטעלט ניט-ווילענדיג און זיי זיינען געשטאַנען און געקוקט מיט'ם קאַלמע, אונצופֿרידענע בליקען.

איך האָב אַפּלאָדירט און געשריען הוראַ מיט אַלע כחות און פֿון גאַנצען האַרצען.

ווען דער הוראַ האָט אויפֿגעהערט, האָט ענגעלס געהאַלטען אַ קורצע רעדע אויף דייטש, וועלכע ער האָט דערנאָך אַליין איבערזעצט אויף פֿראַנצויזיש און אויף ענגליש.

„די באַוועגונג, וועלכע דיזער קאָנגרעס רעפֿרעזענטירט, איז אַ נאַטירליכער רעזולטאַט פֿון עקאָנאָמישער און היסטאָרישער ענטוויקלונג, — האָט ער געזאָגט, — מענשען קענען אַזאַ זאַך ניט שאַפֿען; נאָר אויב עס איז יאָ געווען איין מאַן, וואָס האָט געהאָלפֿען דאָס אַלץ אין לעבען צו ברענגען, איז דאָס ער!"

דערביי האָט ער מיט'ן האַנט אָנגעוויזען אויף דעם ביוסט פֿון קאַרל מאַרקס.

עס איז ווידער געוואָרען אַ שטורם פֿון אַפּלאָדיסמענטען.

די פֿראַנצויזען זיינען פֿון דער גאַנצער געשיכטע געווען335אויפֿגערעגט. וואָרום מאַכט מען גראָד אַן אָוואַציע פֿאַר פֿרידריך ענגעלס'ן, דעם דייטש? זיי האָבען געהאַט אין זינען דעם איינדרוק, וואָס דאָס וועט מאַכען אין פֿראַנקרייך. מען וועט דאָרטען זאָגען, אַז דער קאָנגרעס איז אַ דייטשער און אַז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג איז אַ דייטשע.

די האַלטונג פֿון די פֿראַנצויזען האָט אויף מיר געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק. עס האָט מיר עראינערט אָן דעם שיקזאל פֿון מיין אידישער רעזאָלוציע אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס און אָן דעם שיקזאל פֿון דעם ענגלישען פֿאָרשלאַג, אַז ענגלענדער און פֿראַנצויזען זאָלען צוזאַמען פֿאָהרען אויף די שלאַכט-פֿעלדער פֿון וואָטערלו. אַזעלכע געפֿיהלען אויף אינטערנאַציאָנאַלע קאָנגרעסען!

דער צוריכער קאָנגרעס האָט זיך געענדיגט מיט אַ באַנקעט. אין מיטען פֿון איינעם פֿון די טישען איז געזעסען ענגעלס, און לעבען איהם עלעאַנאָרא מאַרקס-עוועלינג מיט איהר מאַן, פֿון איין זייט און פּאול זינגער, בעבעל און מרס. ליעבקנעכט, דאַכט זיך, פֿון דער אַנדערער זייט. איך בין צוגעגאַנגען באַגריסען ענגעלס'ן, מיט'ן צוועק איהם צו דערמאָנען וועגען דער הקדמה צו מיין אידישער איבערזעצונג פֿון דעם קאָמוניסטישען מאַניפֿעסט, וועלכע ער האָט מיר צוגעזאָגט מיט צוויי יאָהר צוריק. ער האָט מיך גלייך דערקענט. ער האָט געפֿרעגט וועגען די אידישע אַרבייטער פֿון אַמעריקא. אין דעם מאָמענט אָבער, ווען איך האָב זיך געקליבען צו דערמאָנען איהם אָן זיין צוזאָג, האָט בעבעל זיך צו איהם געוווענדעט מיט עפּעס אַ באַמערקונג. ער איז פֿאַרטיפֿט געוואָרען אין אַ געשפּרעך און שפּאַס מיט בעבעל'ן און מיט אַנדערע דעלעגאַטען. איך האָב ניט געוואָלט שטערען און „קריכען אין די אויגען"! און מעהר קיין געלעגענהייט מיט איהם צו ריידען האָב איך שוין ניט געהאַט. אזוי האָב איך פֿון איהם די הקדמה צו דעם קאָמוניסטישען מאַניפֿעסט קיינמאָל ניט געקראָגען. די איבערזעצונג האָב איך געמאַכט, און זי איז געדרוקט געוואָרען אָהן אַ פֿאָררעדע.336פֿרידריך ענגעלס האָט זיך אָפֿט קאָרעספּאָנדירט מיט דעם באַקאַנטען דייטשען סאָציאַליסט זאָרגע, וועלכער האָט פֿילע יאָהרען פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא (ער האָט געוואוינט אין האָבאָקען, ניו דזשוירזי, וואו ער האָט געגעבען לעסאָנס אויף מוזיק. ער איז געווען אַ נאָהענטער פֿריינד פֿון קאַרל מאַרקס'ן, און איהם האָט מאַרקס איבערגעגעבען די לייטונג פֿון דעם ערשטען אינטערנאַציאָנאַל, אין די זעכציגסטע יאָהרען). אין איינעם פֿון זיינע בריף צו זאָרגע'ן האָט ענגעלס געשריבען וועגען דעם איינדרוק, וואָס איך האָב אויף איהם געמאַכט. נאָך ענגעלס'עס טויט האָט מען אַלע זיינע בריף צו זאָרגע'ן אָפּגעדרוקט אין אַ בוך, און דאָרטען געפֿינט זיך אויך דער דאָזיגער בריף. עס איז מיר געווען אַנגענעהם צו זעהן, אַז די מיינונג וואָס ער האָט אויסגעדריקט וועגען מיר איז זעהר אַ גינסטיגע.

ווען עס האָט זיך געענדיגט דער קאָנגרעס, בין איך גלייך צוריק ניט געפֿאָהרען. איך האָב אין צוריך פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג מיט די רוסישע סטודענטען, און מען האָט מיך איינגעלאַדען צו האַלטען אַ לעקטשור (אויף רוסיש) וועגען אונזער באַוועגונג אין אַמעריקא. אויפֿ'ן מיטינג זיינען געווען אַנוועזענד אַ סך סטודענטען און אויך אייניגע באַקאַנטע רוסישע רעוואָלוציאָנערען. איינער פֿון די אַנוועזענדע איז געווען וולאַדימיר בורצעוו, וועלכער איז נאַכהער געוואָרען באַריהמט אַלס היסטאָריקער פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע און אויך אַלס „דעטעקטיוו" געגען די רוסישע שפּיאָנען און פֿראָוואָקאַטאָרס.

ווי בורצעוו האָט מיר געזאָגט מיט יאָהרען שפּעטער, איז צווישען די צוהערער פֿון יענער לעקטשור מיינער אויך אַנוועזענד געווען אַזעוו. די וועלט האָט נאָך דאַן פֿון איהם ניט געהערט. וואַרשיינליך האָבען די רעוואָלוציאָנערען פֿון איהם נאָך אויך גאַנץ ווייניג געוואואוסט. אַז ער וועט באַקומען אַ פֿאַרשאָלטען-באַריהמטען נאָמען אַלס הויפּט פֿיהרער פֿון טעראָריסטען, וועלכער איז צו דער זעלבער צייט אויך געווען דער גרעסטער שפּיאָן געגען זיי — דאָס איז נאָך דאַן געווען איינגעהילט אין די טומאַנען פֿון דער צוקונפֿט.337אויף דיזען מיטינג בין איך אויך באַקאַנט געוואָרען מיט דר. חיים זשיטלאָווסקי'ן. ווען מיר האָבען זיך צורעדט, האָט זיך אַרויסגעצייגט, אַז זיין פֿרוי איז ניט קיין אַנדערע ווי די פֿריצישע טאָכטער, ווערא לאָבאָווא, פֿון סיוועץ, דעם מאַיאָנטעק, וועלכען איך פֿלעג באַזוכען בשעת איך האָב געוואוינט אין וועליזש. זי איז מיט איהם באַקאַנט געוואָרען אין דעם וויטעבסקער קרוזשאָק, וואו ער איז געוועזען אַ פֿיהרער. דאָס איז געוועזען עטליכע יאָהר נאָך מיין אַוועקפֿאָהרען פֿון וועליזש. איצט האָבען די זשיטלאָווסקיס געוואוינט אין בערן, די הויפֿט-שטאָדט פֿון דער שווייץ. איך האָב מיט איהם אָפּגעמאַכט, אַז איך וועל אַריבערפֿאָהרען אויף אַ באַזוך צו זיי. זשיטלאָווסקי האָט זיך געלאָזט הערען אַלס הויך-געבילדעטער און באַלעזענער יונגער מאַן, און מען האָט מיר געזאָגט, אַז געוויסע טיילען פֿון די רוסישע יונגע לייט, וואָס שטודירען אין דער שווייץ, אָנערקענען זיין פֿיהרערשאַפֿט.

אויף יענעם מיטינג האָב איך אויך געמאַכט די באַקאַנטשאַפֿט פֿון אַ רוסיש-אידישען רעוואָלוציאָנער מיט'ן נאָמען העלפֿאַנד, אַ דיקער, שטאַרק-געבויטער יונגער מאַן, וועלכער האָט געצויגען אויפֿמערקזאַמקייט מיט זיינע פֿעהיגקייטען אַלס דענקער און שרייבער. אונטער דעם נאָמען „פּאַרוואום" האָט ער אַרויסגעגעבען שריפֿטען אויף דייטש, דורך וועלכע ער האָט זיך ערוואָרבען אַ נאָמען אין דער דייטשער באַוועגונג.

זשיטלאָווסקי און העלפֿאַנד האָבען ביי מיר געפֿרעגט וועגען אונזער באַוועגונג, און מיר האָבען געהאַט אַ שטיקעל וויכוח וועגען דעם ווי די „אַרבייטער צייטונג" ווערט אַרויסגעגעבען. זשיטלאָווסקי'ן זיינען מיינע סדרות זעהר ניט געפֿעלען געוואָרען. עס האָט זיך ענטוויקעלט אַ שאַרפֿע, הגם פֿריינדליכע, דעבאַטע וועגען דעם אייראָפּעאישען זשורנאַליזם און דעם אַמעריקאַנישען. איך האָב אויסגעדריקט די מיינונג, אַז די אייראָפּעאישע סאָציאַליסטישע פּרעסע איז צו „שווער" און צו טרוקען פֿאַר די אַרבייטער מאַסען, און זיי האָבען אַטאַקירט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליזם.

9
בורצעוו. — איך פֿאָהר אויף „ריגי קולם". — אַ וואונדערבאַרע נאַטור-סצענע. — די רייזע קיין פּאַריז. — אַ צופֿעליגע באַקאַנטשאַפֿט.

338אַ גרופּע רוסישע סטודענטמען און סטודענטקעס האָבען זיך געקליבען צו פֿאָהרען אויף „ריגי קולם" (דאָס הייסט אויפֿ'ן שפּיץ פֿון דעם באַריהמטען הויכען שווייצאַרישען באַרג ריגי), פֿון וואַנען מען זעהט אַ פּרעכטיגען זון-אויפֿגאַנג. מען קלעטערט אַרויף אָדער מען פֿאָהרט אַרויף צו דעם העכסטען פּונקט. גאַנץ פֿריה, ווען די זון הויבט זיך אָן צו באַווייזען, זעהט מען דאָרטען אַ וואונדערליכע נאַטור-סצענע. דאָס איז איינע פֿון די מערקווירדיגסטע בילדער, וואָס רייזענדע זעהען אין דער צוויבערליכער שווייצאַריען. די קאָמפּאַניע האָט מיך איינגעלאַדען מיטצופֿאָהרען, און איך האָב די איינלאַדונג אָנגענומען מיט פֿאַרגעניגען.

צוערשט האָט מען באַדאַרפֿט פֿאָהרען מיט'ן באַהן ביז דער אַלטער שטאָדט לוצערן. ווען מיר זיינען שוין געזעסען אין דעם וואַגאָן, און אייניגע פֿון אונזער גרופּע האָבען זיך דורך די אָפֿענע פֿענסטער געזעגענט מיט פֿריינד, האָב איך זיך דערמאָנט אָן אַ וויכטיגען בריף, וועלכען איך האָב פֿאַרגעסען אַוועקצושיקען. איך האָב דעם בריף אַרויסגענומען פֿון קעשענע און איהם געהאַלטען אין האַנט.

— גיט דאָס מיר, איך וועל אַוועקשיקען, — האָט צו מיר געזאָגט אַ יונגער רוס, וואָס איז געשטאַנען אויף דער פּלאַטפֿאָרמע, לעבען מיין פֿענסטער. ער איז געווען אַ בלאָנדער, מיט אַ קוים שפּראָצענדער בערדעלע, און ער האָט געטראָגען אַ ווייסע מאַלאָרוסיש-אויסגענעהטע העמדעל.

איך האָב איהם איבערגעגעבען דעם בריף און איהם באַדאַנקט. דערביי האָט אימיצער אונז פֿאָרגעשטעלט:

— דאָס איז וולאַדימיר בורצעוו און דאָס איז אבראם קאהאן, פֿון אַמעריקאַ.339דעם וואָרט „טאָוואַרישטש" האָט מען נאָך אויף רוסיש אין דעם זין פֿון גענאָסע אָדער „חבר" ניט געברויכט. ריכטיגער געזאָגט, ער האָט ערשט אין יענע פֿאָר יאָהר גענומען אריינקומען אין דער מאָדע. ווען איך האָב דיזען וואָרט געזעהן צום ערשטען מאָל (אין פּלעכאַנאָוו'ס אויבען-דערמאָנטען זשורנאַל „סאָציאַל-דעמאָקראַט", וואו מען האָט מיר דערמאָנט אַלס „טאָוואַרישטש קאהאן"), האָט דאָס מיר געקלונגען ווי ניט קיין גערעכטענע איבער-זעצונג פֿון דייטש.

ווען מיר זיינען אָנגעקומען אין לוצערן, האָבען מיר גענומען אַ לאָדקע מיט אַ לאָדאַטשניק, און מיר האָבען זיך אַריבערגעשיפֿט איבער איינע פֿון די עטליכע אָזערעם, וועלכע געפֿינען זיך אין יענעם געגענד. דערנאָך זיינען מיר געגאַנגען צו פֿוס אַ פּאָר שטונדען. מיר האָבען שפּאַצירט איבער אינטערעסאַנטע היסטאָרישע פּלעצער. ענדליך זיינען מיר געקומען צו דעם באַרג ריגי. צו פֿוס געהן ביז'ן שפּיץ דאַרף געדויערען ביי זיבען, אַכט שטונדען, און אַלע האָבען זיך צוגעגרייט צו דעם שפּאַציר. די רייזע קען מען אָבער אויך מאַכען אויף אַ ספּעציעלען אייזענבאַהן. די רעדער פֿון די וואַגאָנעס זיינען געמאַכט מיט ציינען און די רעלסען זיינען אויך מיט ציינען. אַזאַ באַהן איז דאַן געווען אַ זעלטענהייט (היינט זיינען אין דעם זעלבען געגענד שוין פֿאַראַן דריי אַזעלכע, אויף דריי רייזיגע בערג), און די רייזע גופֿא מיט דער באַהן האָט געהאַט אַ שם; אַלזאָ, האָב איך געוואָלט דורכמאַכען די ערפֿאָהרונג. איך האָב זיך געזעגענט מיט דער קאָמפּאַניע און מיר האָבען אָפּגעמאַכט אויף מאָרגען פֿאַרטאָג זיך צו באַגעגענען אויבען אויפֿ'ן „קולם".

דער באַהן איז געגאַנגען פּאַזע אַ טיפֿען אָפּגרונד. ווען מען פֿרופֿט אַרונטערקוקען, הויבט אָן צו שווינדלען אין קאָפּ. די פּאַסאַזשירען זיינען געווען פֿון פֿאַרשידענע לענדער און אין מיין וואַגאָן האָבען זיך געהערט פֿאַרשידענע שפּראַכען.

די רייזע האָט געדויערט אַ פּאָר שטונדען. גאָר אויבען, אויפֿ'ן „קולם", געפֿינט זיך אַ גרויסער האָטעל און דאָרטען האָב איך איבערגענעכטיגט.340אַרום פֿיער אַזייגער אין דער פֿריה האָט מיך אויפֿגעוועקט אַ גלאָק. דאָס האָט מען גערופֿען צו דעם זון-אויפֿגאַנג. אַ נאָטיץ אויפֿ'ן וואַנט האָט מיר געוואָרענט, אַז איך זאָל זיך גוט איינטוליען אין קאָלדרעם, ווייל אויף דרויסען איז אין דער פֿריה זעהר קאַלט. איך האָב אַזוי געטאָן, און איך בין אַרויסגעלאָפֿען. אויף דעם העכסטען פּונקט איז געשטאַנען אַ פּלאַטפֿאָרמע. פֿון דאָרטען קוקט מען דאָס אויף דעם זון-אויפֿגאַנג. גלייך דערביי איז געשטאַנען די קאָמפּאַניע, מיט וועלכער איך האָב זיך געזעגענט דעם פֿאָריגען אָוונד. זיי זיינען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט און זיי האָבען אָקאָרשט דערגרייכט דעם שפּיץ.

עס האָבען זיך אָנגעקליבען נאָך מענשען, אייניגע וואָס האָבען איבערגענעכטיגט אין דעם האָטעל, אַזוי ווי איך, און אַנדערע וואָס זיינען געקומען צו פֿוס, אַזוי ווי מיינע פֿריינד. עס איז נאָך געווען פֿינסטער, אָבער באַלד האָט זיך גענומען באַווייזען אַ בליאַסק אויף טאָג. מיר האָבען געקוקט אַראָפּ. אין אַ גרויסען, גרויסען אָפּגרונד זיינען געלעגען אויסגעשפּרייט עטליכע אָזערעם.

דער רייזיגער טאָל איז ביסלעכווייז אָנגעפֿילט געוואָרען מיט קאָלירען, אַזוי ווי מיט מילך, וואָס איז ערטערווייז באַפֿאַרבט און ערטערווייז ווי מולינעם. די קאָלירען האָבען זיך געענדערט. עס איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרבען-שפּיל, וועלכער האָט ערשטוינט מיין איינבילדונגס-קראַפֿט. אַזא מין פּראַכט, אַזא מין גרויסאַרטיגקייט וואָלט זיך איך קיינמאָל ניט געקענט פֿאָרשטעלען.

די פּאַנאָראַמא האָט זיך געביטען און געביטען. איך בין געשטאַנען ווי אַ פֿאַרגאַפֿטער. אַרום מיר האָבען געהילכט אויסגעשרייען פֿון באַוואונדערונג אויף עטליכע שפּראַכען מיט אַמאָל.

פּלוצלונג, פֿון אַ ווינקעל פֿון איינעם פֿון די אַרומיגע בערג, האָט זיך באַוויזען די זון. אַזוי ווי אַרויסגעשפּרונגען איז זי. דער אויסדרוק „צויבער-בילד" ווערט געברויכט אַזוי אָפֿט, אַז ער האָט מיר געקלונגען צו וואַכעדיג פֿאַר דיזער סצענע.341צוריק זיינען מיר אַלע געגאַנגען צו פֿוס. דיזער שפּאַציר האָט אויך געדויערט ביי אַ דריי שטונדען. אויפֿ'ן וועג, אויפֿ'ן מיטען באַרג, האָבען מיר זיך אָפּגעשטעלט ביי אַ פֿאַרמער און באַשטעלט שוואַרץ-ברויט מיט מילך. קיין אַפּעטיט האָט אונז ניט געפֿעהלט.

איך האָב זיך געקליבען אַריבערצופֿאָהרען קיין בערן, אום זיך צו זעהן מיט מאַדאַם זשיטלאָווסקי. איך האָב אָבער ערהאַלטען אַ טעלעגראַמע, אַז איך מוז זיך צואיילען מיט מיין קומען קיין פּאַריז און לאָנדאָן, און איך האָב געמוזט גלייך פֿאָהרען צוריק קיין פּאַריז. פֿאָלדינג האָט אַהין נאָך פֿריהער אָפּגעריזט.

אויפֿ'ן צוג האָב איך צווישען די פּאַסאַזשירען דערהערט אַ רוסישען געשפּרעך. אַ רוסישע דאַמע האָט געשמועסט מיט אַ מאַן, וועלכער האָט גערעדט רוסיש מיט אַן אַרמענישען אַקצענט. מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען. ווען דער אַרמענער איז אַרויס אין קאָרידאָר, האָט די דאַמע צו מיר געזאָגט:

— איך האָב געהערט ווי איהר האָט זיך געזעגענט מיט אייערע פֿריינד ביים צוג. פֿון זייערע ווערטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז איהר זייט געווען אַ דעלעגאַט צו דעם אינטערנאַציאָנאַלען סאָציאַליסטישען קאָנגרעם. דאָס איז מיר אַנגענעהם געווען צו הערען. איהר פֿאָהרט קיין פּאַריז און איך פֿאָהר אויך אַהין. אפֿשר קענט איהר מיך דאָרטען באַקאַנט מאַכען מיט לאַוואָראָוו'ן?

איהרע ווערטער האָבען מיך צוערשט איבעראַשט, וואָרים זי איז געפֿאָהרען פֿון רוסלאַנד (פֿון טיפֿלים) און זי האָט דערנאָך באַדאַרפֿט פֿאָהרען צוריק קיין רוסלאַנד. וואָרום זשע זאָגט זי אַ גאַנץ אונבאַקאַנטען מענשען וועגען איהר וואונש צו זעהן זיך מיט לאַוואָראָוו'ן? אַזא אונפֿאָרזיכטיגקייט איז געווען אַ גאַנץ אונגעוועהנליכע זאַך. איך האָב אָבער געפֿיהלט, אַז די פֿרוי איז אַבסאָלוט עהרליך, אַז זי איז פּשוט ניט קיין פֿאָרזיכטיגע.342פֿילע רוסען זיינען אזוי. צווייטענס, ווייס זי דאָך אַז איך בין אַ קאָנגרעס-דעלעגאַט; אַלזאָ, איז זי איבערצייגט אַז מען קען מיר געטרויען.

— יאָ, איך בין מיט צוויי יאָהר צוריק מיט איהם באַקאַנט געוואָרען, — האָב איך איהר געענטפֿערט.

— קענט איהר מיך אַרויפֿפֿיהרען צו איהם? איך האָב צו איהם אַ בריף פֿון טיפֿלים.

באַלד איז צוריק אַריין דער אַרמענער און זי האָט מיר געגעבען אַ צייכען, אַז פֿאַר איהם דאַרף מען וועגען אַזעלכע זאַכען ניט ריידען. ווען ער איז צוריק אַרויס אויף אַ וויילע, האָט זי מיר געזאָגט, אַז איהר פֿאָהרען מיט איהם צוזאַמען איז ניט מעהר ווי אַ צופֿאַל, הגם אַזוי זיך איז ער אַ גאַנץ עהרליכער מאַן.

ווען מיר זיינען געקומען קיין פּאַריז, האָבען מיר זיך אַלע דריי אָפּגעשטעלט אין דעם זעלבען האָטעל — אויף „פּלאַס דע לאַ סאָרבאָנן" — וועלכער איז מיר געווען באַקאַנט.

דעם זעלבען טאָג האָב איך איהר אַוועקגעפֿיהרט צו לאַוואָראָוו'ן. מיט דעם בריף, וואָס זי האָט איהם געבראַכט, האָט ער זיך זעהר דערפֿרעהט.

10
ווידער אין פּאַריז. — לאַוואָראָוו. — גנאַטאָווסקי. — אַן אָטאָמאָביל. — אַ קלייניגקייט. — אין לאָנדאָן. — אַ דעבאַטע. — איך פֿאָהר צוריק אין אַמעריקא

איך האָב זיך ווידער געזעהן מיט מיינע וויילנער פֿריינד: לאַוואָראָוו'ן באַזוכט צוויי אָדער דריי מאָל. ער האָט מיר ווידער געהייסען קומען ווען מיר איז בעקוועמער, און ניט דוקא דאָנערשטאָג אָוונד, זיין באַשטימטע „גאַסט-צייט".

מיט אַ קורצער צייט פֿריהער זיינען ערשינען די ערשטע בענדער פֿון זיין ווערק „אַפֿיט איסטאָריאי מיסלי" (אַ פּראָבע צו שרייבען די געשיכטע פֿון דער ענטוויקלונג פֿון געדאַנקען).343דאָס איז געווען זיין גרעסטע ווערק, און די בענדער וואָס זיינען דאַן ערשינען, זיינען געווען נאָר אַן אָנהויב. ער האָט געהאַט אין זינען צו שרייבען נאָך עטליכע. ער האָט מיר די געדרוקטע בענדער (צוויי, דאַכט זיך) געגעבען אַ מתנה.

איך האָב זיך ווידער געזעהן מיט מיינע וויילנער פֿריינד: אַנטאָן גנאַטאָווסקי, שאַרל ראַפּאַפּאָרט, דאַוויד גאָרדאָן (זיין שוועסטער יעווא איז שוין דאַן געווען אין אַמעריקא, וואו זי האָט געהיירעאַט פֿיליפּ קראַנץ'ן) און די אַנדערע רוסישע סאָציאַליסטען, מיט וועלכע איך בין אין פּאַריז באַקאַנט געוואָרען מיט צוויי יאָהר פֿריהער.

אויף דיזען באַזוך מיינעם אין פּאַריז האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן אַן אָטאָמאָביל. דאָס איז געווען אַ גרויסער, פֿאַרמאַכטער פּראַכט-וואָגען. ער האָט אויסגעזעהן ווי אַ וואַגאָן. דעם וואָרט „אָטאָמאָביל" האָט מען דאַן אויף ענגליש נאָך ניט געברויכט. אין אַמעריקא זיינען נאָך דאַן קיין אָטאָמאָבילען איבערהויפּט ניט געווען. מען האָט געשריבען וועגען דעם אַלם אַ פֿראַנצויזישע ערפֿינדונג, און ווען מען האָט זיי גענומען איינפֿיהרען, אַ יאָהר שפּעטער, האָט מען זיי צוערשט גערופֿען „האָרסלעסס קעררריעדזשעם" (וועגען אָהן פֿערד). קינדער פֿלעגען לאַכען פֿון זיי און שרייען צום שאָפֿער: געט ע האָרס! געט ע האָרס! (פֿאַרוואָס דינגסטו ניט קיין פֿערד?)

איינע פֿון די קלייניגקייטען, וועלכע קומען מיר אַרויף אויפֿ'ן געדאַנק, ווען איך דערמאָן זיך אָן דיזען וויזיט מיינעם אין פּאַריז, איז פֿאַרבונדען מיט אַ רוסיש-אידישען רעסטאָראַן אויף אַ געסעל, וועלכע הייסט רי פּלאַטערל, לעבען בולוואַר פּאָר ראָיאַל. איך בין אַמאָל אהין געגאַנגען עסען אַ אידישען מאָל-צייט. דער עולם איז באַשטאַנען פֿון אידישע סטודענטען, און דער גאַנצער גייסט פֿון דעם פּלאַץ איז געווען אַ אינטעלינענט-אידישער, ניט אויף דעם ניו יאָרקער שטייגער, נאָר אויף דעם היימישען. און אַלץ, וואָס האָט געהאַט דעם טעם פֿון מיין אַלטער היים, האָט אויף מיר געהאַט אַ מאַגנעטישע ווירקונג.344אַ אידישע סטודענטקע איז אין דיזען רעסטאָראַן געזעסען און גערעדט צו אַנאַנדער אידישער סטודענטקע, אַ איינגערע פֿון איהר.

— איהר זייט ניט קיין גוטע, — האָט זי צו איהר געזאָגט, לאַנגזאַם באַוועגענדיג די קאָפּ אַהין און אַהער. דערביי האָט זי די אויגען געהאַלטען האַלב-צוגעמאַכט, מיט אַן אויסדרוק פֿון האַלב-שפּאַסיגע, האַלב-ערנסטע מוסר-זאָגעריי.

זי האָט אויף מיר ניט געמאַכט קיין גוטען איינדרוק, אָבער דער גאַנצער טיפֿ איהרער איז אַזוי געווען דורכגעדרונגען מיט היים, אַז דאָס בילד איז ביי מיר פֿאַרבליבען אין מוח — איינער פֿון די טויזענדער ווירקליכקייטס-סקיצען וואָס קלייבען זיך אָן אין אַ זכרון.

מיט גנאַטאָווסקי'ן האָב איך פֿאַרבראַכט פֿילע שטונדען.

איך בין אַוועקגעפֿאָהרען קיין לאָנדאָן. ווידער רעדעם און לעקטשורם. אויף דיזען באַזוך, אויף מיין רייזע צוריק קיין אַמעריקא, האָב איך געהאַט מיין דריטע לאָנדאָנער דעבאַטע מיט אַן אַנאַרכיסט. דיזען מאָל איז מיין געגנער געווען אַן ענגלישער איד מיט'ן נאָמען סעמיועלס, וועלכער האָט פֿאַרנומען מאָוברי'ס פּלאַץ אַלם די נשמה פֿון דער דאָרטיגער אַנאַרכיסטישער גרופּע. אויף דיזער דעבאַטע איז אַנוועזענד געווען מאַדאַם סטעפּניאַק און דער רוסישער פּאָעט מינסקי, וועלכער איז דאַן געווען אין לאָנדאָן צו גאַסט און האָט געוואוינט ביי די סטעפּניאַקם.

פֿאָלדינג איז געקומען. מיר זיינען אַוועקגעפֿאָהרען צוריק קיין אַמעריקא. די רייזע האָבען מיר געמאַכט אין צווייטען קלאַם פֿון אַ דאַמפֿער, וועלכער האָט געהייסען „מאַדזשעסטיק" און איז דאַן געווען דער שנעלסטער אין דער וועלט. ער האָט געהערט צו דער „ווהייט סטאַר ליין", וועלכע האָט איצט אַ שיף מיט דעם זעלבען נאָמען, אָבער אַ פֿיל גרעסערע.

פֿאָלדינג איז געווען אַ באַלעזענער מענש און האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט גוטער בעלעטריסטיק און פּאָעזיע.345ער האָט אַליין אויפֿגעשריבען אַ פּאָר שעהנע ערצעהלונגען. אין מיר איז אין יענער צייט אויך געוואַקסען אַ ספּעציעלער אינטערעם פֿאַר ליטעראַטור. אַלזאָ, האָבען מיר אויפֿ'ן שיף אַ סך גערעדט וועגען דעם ענין. איך האָב איהם געזאָגט וועגען אַ פּאָר טעמעם, וואָס איך האָב געהאַט פֿאַר ערצעהלונגען, און ער האָט מיר געראַטען די ערצעהלונגען אויפֿצושרייבען אויף ענגליש און זיי פֿרואוווען געבען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַל.

איך געדענק די שטימונג, אין וועלכער איך האָב זיך געפֿונען פֿאָהרענדיג אהיים. איך האָב זיך געפֿיהלט גליקליך מיט מיין עפֿענטליכער ראָלע און גליקליך מיט מיין באַגעגעניש מיט די עלטערן. איך האָב זיך גע'מוסר'ט: דו דאַרפֿסט וויסען ווי צו שעצען דיין גליק. דאַרפֿסט זיך האַלטען מיט טאַקט, האַלט איין דיין כעם. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי דיזער גליקליכער לעבען מיינער ווערט פֿאָרטגעזעצט. אָט וועל איך קומען אהיים אין ניו יאָרק. די געואָסען וועלען מיך אויפֿנעמען מיט דער האַרציגער פֿריינדליכקייט, וועלכע זיי ווייזען אימער אַרויס צו מיר. איך וועל זיך ווייטער אַריינוואַרפֿען אין דער „אַרבייטער צייטונג" און אין מיין טעטיגקייט אַלם רעדנער און לעקטשורער. די געואָסען זיינען אַזוי גוט צו מיר. אומעטום באַגעגענט מען מיך מיט פֿרייד. וואָס פֿעהלט מיר?

אָט אין דיזען גייסטיגען צושטאַנד האָט מיך די שיף געבראַכט קיין ניו יאָרק.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 297] ווי עס איז שױן באַמערקט געוואָרען אױבען, ווערט בײַ די לאָנדאָנער מאַסען דער „עי" זעהר אָפֿט אױסגעשפּראָכען „אַי".

[ז׳ 317] פּלעכאַנאָוו, זאַסוליטש, לעוו דייטש און פּאָל אקסעלראָד האָבען געגרינדעט די רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטיע.