346איך האָב זיך אומגעקערט קיין ניו יאָרק אין די ערשטע טעג פֿון אָקטאָבער. עס איז געווען אַ שעהנער טאָג. אַ היבשע צאָל גענאָסען האָבען מיך ערוואַרט אויפֿ'ן „פּיער". נאכדעם ווי מיר האָבען זיך אַלע באַגריסט און צוקושט, זאָגט צו מיר אַ גענאָסע מיט'ן נאָמען סטיווען קופֿער, וועלכער האָט געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע אין דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פֿאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן": „ביי אונז איז טראָבעל. עס איז פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענשטויס אינווייניג אין אונזער באַוועגונג גופֿא".
אין די דריי-און-אַ-האַלב יאָהר, וואָס די „אַרבייטער צייטונג" האָט עקזיסטירט, איז אונזער אינערליכע אייניגקייט קיינמאָל ניט געשטערט געוואָרען. די בעסטע געפֿיהלען האָבען די גענאָסען געהאַט איינער צום אַנדערען. און פּלוצלונג, גאָר אַ צוזאַמענשטויס!
וועגען וואָס עס האָט זיך געהאַנדעלט וועלען מיר זעהן שפּעטער. פֿאָרלויפֿיג וויל איך נאָר זאָגען, אַז אין דיזען מאָמענט האָב איך די געשיכטע באַטראַכט אַלם אַ קלייניגקייט. איך האָב געמיינט, אַז עס איז נאָר אַ צייטווייליגע מיספֿאַרשטעגדניש.347פֿונדעסטוועגען האָב איך געפֿיהלט אַזוי ווי אויף דער זונגענשיין פֿון מיין שטימונג וואָלט זיך באַוויזען אַ וואָלקען.
דער עקאָנאָמישער קריזיס, וועלכער האָט זיך גענומען פֿיהלען נאָך איידער איך בין אָפּגעפֿאָהרען קיין יוראָפּ, האָט זיך אין די עטליכע מאָנאַט שטאַרק פֿאַרגרעסערט. איך האָב געפֿונען אַ שרעקליכע אַרבייטסלאָזיגקייט און נויט. די „אַרבייטער צייטונג" האָט געדרוקט אויפֿרופֿען מיט אַזעלכע קעפּלעך ווי „הונגער מהומות אין אידישען קוואַרטאַל; העלפּט! העלפּט! העלפּט!" און אַרטיקלען אין וועלכע דער קריזיס איז ערקלערט געוואָרען פֿון אַ מאַרקסיסטישען שטאַנדפּונקט.
ווען מיר האָבען געהאַלטען ביי דעם גרויסען האָמסטעד סטרייק פֿון 1892, האָב איך דערמאָנט פֿינקערטאָן'ס דעטעקטיווס. איצט, אין 1893, האָט דיזער פֿינקערטאָן אין אַן עפֿענטליכען סטייטמענט דערצעהלט, אַז זיין פֿירמע איז צוליב דעם קריזיס זעהר ביזי; אַז פֿילע קאַפּיטאַליסטען ווענדען זיך צו איהם נאָך דעטעקטיווס זיי צו באַשיצען געגען די הונגעריגע. רייכע מענשען זיינען געווען אונרוהיג, נערוועז.
עס פֿאַרשטעהט זיך, דאָס איז געווען אַן אַדווערטייזמענט. מיט דעם האָט ער געוואָלט איבערשרעקען די רייכע, כדי זיי זאָלען זיך צו איהם ווענדען נאָך דעטעקטיווס. וואָס ער האָט אין דיזער ערקלעהרונג דערצעהלט איז אָבער געווען אמת.
אייניגע פֿון די מיליאָנערען האָבען בייגעשטייערט צו די הילפֿס-פֿאָנדען. קאַרנעני, צום ביישפּיל, דער קעניג פֿון די שטאָל-מאַגנאַטען, האָט פֿאַרשפּראָכען צו געבען אַזוי פֿיל וויפֿיל אַלע אַנדערע פּיטסבורגער קאַפּיטאַליסטען צוזאַמען יועלען געבען, מיט דער באַדינגונג, אַז איהם זאָל ניט קאָסטען מעהר ווי אַ האַלבע מיליאָן דאָלאַר.
די לעדזשיסלייטשור פֿון דעם סטייט ניו יאָרק האָט אָנגענומען אַ באַשלום אַז די רעגירונג זאָל געבען אַ פֿערטעל מיליאָן דאָלאַר פֿאַר די אַרבייטסלאָזע. און די לעדזשיסלייטשורס פֿון אַנדערע סטייטס האָבען געטאָן דאָס זעלבע.348די „פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען" האָט אָרגאַניזירט אַ הילפֿס-קאָמיטע מיט אַ הויפּט קוואַרטיר, אָדער „רעליעף סטיישאָן" אין אונזער לייבאָר ליסעאום, 91 דילענסי סטריט, וואו עס האָט זיך געפֿונען די רעדאַקציע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". דער פּלאַץ איז שטענדיג געווען פֿול מיט נויט-באַדערפֿטיגע. מען האָט געטיילט שפּייז, אָנגענומען נדבות און אָרגאַניזירט הילפֿס-אַרבייט אין די טענעמענט הייזער.
דער סעקרעטער פֿון די געווערקשאַפֿטען איז דאַן געווען יעקב מילך (פֿריהער איז געווען בערנאַרד ווינשטיין), און ער איז געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער רעליעף סטיישאָן. אין דיזער אַרבייט האָבען זיך צוזאַמען מיט די געווערקשאַפֿטען באַטייליגט די סאָציאַליסטישע סעקציעם.
די אַנאַרכיסטען האָבען אָפּגעהאַלטען אַ מאַסען-פֿאַרזאַמלונג, ווען זיי האָבען פֿאָרדאַמט אונזער גאַנצע רעליעף אַרבייט. זיי האָבען געפֿאָדערט מען זאָל רופֿען די אַרבייטער צו אַן אויפֿשטאַנד. מיט זייער מאַסען-פֿאַרזאַמלונג האָבען זיי זיך ניט באַנוגענט. זיי האָבען אויך אַרויסגעלאָזען פּראָקלאַמאַציעם מיט ביטערע אַטאַקעס אויף אונז.
אין זיין „געשיכטע פֿון דער אַרבייטער באַוועגונג" ברענגט הערץ בורגין דעם פֿאָלגענדען אויסצוג פֿון דעם שריפֿט, וואָס די אידישע אַנאַרכיסטען האָבען דאַן אַרויסגעלאָזען צו די אַרבייטסלאָזע פֿון ניו יאָרק:
„מיר ווילען אין דיזען פֿלוג-שריפֿט ניט ריידען פֿון די קאַפּיטאַליסטען... מיר ווילען דאָ פֿאָרדאַמען אונזערע זאָגענאַנטע אמת'ע פֿריינד, די פֿאָרשטעהער פֿון פֿאָלק, די פּריסטער פֿון פֿרייהייט, וואָס האָבען זייער בית המקדש אין 91 דילענסי סטריט; מיר מיינען די סאָציאַל-דעמאָקראַטען...
„מיר דאַרפֿען זיי פֿאָרדאַמען... מיר מוזען אַראָפּרייסען פֿון זיי די שעהנע מאַסקע, אין וועלכער זיי צייגען זיך פֿאַר אונז און פֿאַר דער וועלט... אַוועק מיט אַזעלכע שווינדלערייען פֿון דעם סאָציאַלען קאַמפֿס-פּלאַץ!
„נידער מיט שווינדלער און בודלערייי!"349די אַנאַרכיסטען האָבען געפֿרופֿט שטערען די מיטינגען, וואָס מען האָט איינבערופֿען אין די אינטערעסען פֿון די אַרבייטסלאָזע. אויף דעם גרעסטען מיטינג אַזעלכען איז צווישען די סאָציאַל-דעמאָקראַטען און די אַנאַרכיסטען אַרויסגעקומען אַ געשלעג. אונזערע האָבען אָנגעהויבען צו פּראָטעסטירען געגען זייערען אַ רעדנער און פֿון דעם האָט זיך דאָס אָנגעפֿאַנגען.
דאָס איז געווען דעם 9טען פֿעברואַר, 1894. אַ גאַנצען טאָג איז געווען אַ גרויסע דעמאָנסטראַציע פֿון אַרבייטסלאָזע דורך די רייכע גאַסען, און צום ענד פֿון דער דעמאָנסטראַציע איז פֿאָרגעקומען דער מאַס-מיטינג. די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי און די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען האָבען זיך באַטייליגט צוזאַמען מיט דער סענטראַל לייבאָר יוניאָן. די פֿאָלגענדע רעדנער זיינען געווען אַנאָנסירט: פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקען פֿעדערעישאָן אָוו לייבאָר, סעמיועל גאָמפּערס, פּרעזידענט פֿון קאָלאָמביא קאָלעדזש, סעטה לאָו, דעניעל דעליאָן, אב. קאַהאַן, סטענלי קאָיט און הענרי וויסמאַן.
דער צוזאַמענשטויס איז אַרויסגעקומען איבער הענרי וויסמאַנ'ען, אַ דייטש-אַמעריקאַנישער אַרבייטער פֿיהרער, וועלכער האָט געשפּיעלט די ראָלע פֿון אַ רעוואָלוציאָנערען אַנאַרכיסט און פֿון אַ רעאַקציאָנערען יוניאָן-פּאָליטישען צו דער זעלבער צייט. ער איז געווען אַ מאַן פֿין אַ יאָהר עטליכע און דרייסיג, ניט קיין הויכער, מיט אַ שעהנעם, קלוגען, קיילעכדיגען פֿנים, און ער איז געווען אַ גוטער רעדנער אויף ענגליש, אַזוי גוט ווי אויף דייטש.
מען דאַרף באַמערקען, אַז די רעאַקציאָנערע פֿיהרערס פֿון די ענגליש-ריידענדע יוניאָנס פֿלעגען אין געוויסע פֿאַלען העלפֿען די אַנאַרכיסטען אין זייער קאַמף געגען אונז. וואָרים מיר האָבען געפֿאָדערט אַז אַרבייטער זאָלען ניט געהן מיט די קאָרופּטע פּאָליטישענס, נאָר אַרבייטען פֿאַר אַ זעלבסטשטענדיגער אַרבייטער פּאַרטיי (די סאָציאַליסטישע), און צווישען די רעאַקציאָנערע יוניאָן-פֿיהרערס האָבען זיך געפֿונען „מאַכערס" פֿון די קאָרופּטע קאַפּיטאַליסטישע פּאַרטייען. די אַנאַרכיסטען אָבער זיינען350געווען געגען אַ פּאָליטישער אַרבייטער-פּאַרטיי. זיי האָבען געשימפּט אויף יעדען סאָרט פּאָליטישע טעטיגקייט; הויפּטזעכליך אָבער אויף אונזער; און דאָס איז פֿאַר די אַמעריקאַנער יוניאָן פֿיהרער, וועלכע זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט קאַפּיטאַליסטישע פּאָליטיקס, געווען אַ שטיצע געגען אונזער אַגיטאַציע. וואָס אָנבעטרעפֿט הענרי וויסמאַנ'ען, איז ער געווען, ווי געזאָגט, אי אַן אַנאַרכיסט, אי אַ פּאָליטישען פֿון דעם טצ-מאַני-טיפּ, אַזוי ווי די דאָזיגע יוניאָן-פֿיהרער. ער איז געווען אַן אַנאַרכיסט פֿון דעם זעלבען שניט ווי גאַרסייד, און ער האָט די אַנאַרכיסטען פֿאַרטומעלט די קעפּ נאָך מעהר ווי גאַרסייד. אַלזאָ, האָבען זיי איהם גענומען אונטער זייער פֿליגעל. ער איז אַרויסגעטראָטען געגען אונז. דאָס איז געווען גענוג פֿאַר זיי.
אויף דעם גרויסען מאַס-מיטינג איז ער געקומען ריידען אין דעם נאָמען פֿון דער סענטראַל לייבאָר יוניאָן, וואו ער האָט דעפּרעזענטירט די דייטשע בעקער יוניאָן. ווען ער האָט זיך באַוויזען, האָבען עטליכע פֿון אונזערע גענומען שרייען: „פֿייקער! בודעל-אַנאַרכיסט! בודלער!" די אַנאַרכיסטען האָבען איהם פֿאַרטיידיגט און ס'איז געוואָרען אַ מהומה, אין וועלכער עם זיינען געברויכט געוואָרען פֿויסטען.
איך האָב וועגען דעם קריזיס געשריבען אַרטיקלען און הילפֿס-רופֿען; אויך בילדער און סצענעם. דעם ערשטען יאַנואַר, 1894, צום ביישפּיל, איז אין דער „אַרבייטער-צייטונג" געווען אָפּגעדרוקט מיינע אַ שילדערונג פֿון אַ „ברעד-ליין" אויף דער באַוערי, וואו אַ לאַנגע שורה מענשען פֿלעגען אָפּשטעהן פֿילע שטונדען, וואַרטענדיג אויף אַ שטיקעל ברויט. אויך האָב איך באַשריבען אַ סצענע ווי עלענדע באַ'ים האָבען זיך געטוליעט איינע צו די אַנדערע, ניט האָבענדיג קיין היים און קיין שפּייז.
די ניעס-פֿיידזש פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" איז געווען פֿול מיט דעם קריזיס. איין אַרטיקעל אויף אַזאַ פֿיידזש האָט געטראָגען אַ קעפּעל: „דער הונגער וואַקסט, די מיליאָנערען זיינען אונרוהיג".351דאַן איז געווען זעהר טעטיג אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּראָטעסטאַנטישער גייסטליכער מיט'ן נאָמען פּאַרקהוירסט, וועלכער האָט אַטאַקירט די פּאָליציי און אויפֿגעוויזען איהר קאָרופּציאָן. אָנגעפֿאַנגען זיין אַגיטאַציע האָט ער מיט דעם, וואָס ער האָט באַוויזען, אַז זי נעהמט רעגעלע געהאַלט פֿון אונאַנשטענדיגע הייזער. אַלם רעזולטאַט פֿון זיינע אונטערזוכונגען זיינען אָפּיציעל באַשולדיגט געוואָרען עטליכע פֿון די וויכטיגסטע קעפּטענס און אינספּעקטאָרס פֿון דער ניו יאָרקער פּאָליציי. איצט, אין דער צייט פֿון דעם קריזיס, איז דר. פּאַרקהוירסט אַרויסגעטראָטען געגען דיסטריקט אַטוירני (פּראָקוראָר) ניקאָלס'ן, פֿאַרוואָס ער לייגט אַלץ אָפּ די פּראָצעסען געגען די דאָזיגע קאַבאַרניקעם. אויף דעם האָט ניקאָלס געענטפֿערט גאַנץ אָפֿען: „איצט איז ניט די צייט צו שלעפֿען די פּאָליציי צום געריכט. דאָס וואָלט איהר געמאַכט אַ שלעכטען נאָמען. די לאַנד איז איצט אונרוהיג, און די פּאָליציי האָט צו באַשיצען די קאַפּיטאַליסטען פֿון אָנגריפֿען. ווען זי זאָל איצט פֿאַרלירען איהר גוטען נאָמען, וואָלט געווען געפֿעהרליך".
פּאַרקהוירסטס'ס אונטערזוכונגען און אַטאַקעס אויף דער פּאָליציי האָבען איהם געמאַכט פֿאַר איינעם פֿון די באַריהמטסטע מענשען אין אַמעריקאַ. מען פֿלעגט פֿון זיינע אונטערזוכונגען מאַכען שפּאַס. „חטאים-דראָמער" פֿלעגט מען איהם רופֿען. אָבער אין האַרצען האָט מען צו איהם געהאַט דעם העכסטען רעספּעקט.
מיר, סאָציאַליסטען, פֿלעגען אויך חוזק מאַכען פֿון זיין „חטאים זוכערייי". ער איז אָבער געווען אַ שטרענג-עהרליכער מאַן און זיין קאַמף האָט ער געפֿיהרט ווייל ער האָט מיט'ן גאַנצען האַרצען געהאַסט קאָרופּציאָן. ניט די אונאַנשטענדיגע הייזער זיינען געווען די הויפּט אורזאַכע פֿון זיין צאָרן, נאָר דער פֿאַקט אַז די פּאָליציי איז געווען כמעט אַן אָפֿענע פּאַרטנערקע אין דיזע ביזנעם.
ער האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט דער „סוועטינג-סיסטעם" און אין דער באַגלייטונג פֿון ב. ווינשטיין, האָט ער באַזוכט אייניגע סוועט-שעפּער. איינמאָל האָט ווינשטיין איהם352אַרויפֿגעפֿיהרט צו מיר אין 91 דילענסי סטריט, אין דעם קלייניגקען צימערעל, וואו עס איז געווען די רעדאַקציע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג". מיר האָבען זיך צורעדט.
— איך בין ניט קיין סאָציאַליסט, — האָט ער מיר געזאָגט, — אַבסאָלוט ניט, אָבער איך זעה אַז איהר זייט עהרליכע מענשען און אמת'ע אידעאַליסטען, און איך האָב אַכטונג צו אייך.
די אַרבייטער באַוועגונג פֿון ניו יאָרק האָט אויסגעקליבען אַ קאָמיטע צו געהן צום מעיאָר, פֿאָדערען אַז די שטאָדט זאָל עפּעס טאָן פֿאַר די אַרבייטסלאָזע. דער מעיאָר איז דאַן געווען אַ טאַמאַני מאַן מיט'ן נאָמען גילראָי. די מיטגלידער פֿון דער קאָמיטע זיינען געווען: דזשיימס דיילי, אַלם פֿאָרשטעהער פֿון די סענטראַל לייבאָר יוניאָנס; דזשיימס אָניעל, אַלם פֿאָרשטעהער פֿון די „ניטס אָוו לייבאָר"; דעניעל דעליאָן אַלם פֿאָרשטעהער פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי און איך אַלם פֿאָרשטעהער פֿון די אידישע יוניאָנס.
אין דעם געשפּרעך, וואָס מיר האָבען געהאַט מיט'ן מעיאָר, האָט דעליאָן איהם גענומען באַוויזען, אַז דער אַרבייטער קלאַס שאַפֿט אַלע רייכטימער פֿון לאַנד. אויף דעם האָט גילראָי געענטפֿערט, גאַנץ העפֿליך, אַז איצט איז ניט די צייט זיך צו באַשעפֿטיגען מיט אַלגעמיינע פּאָליטיש-עקאָנאָמישע פֿראַגען; עם האַנדעלט זיך וועגען טאָן עטוואָס פּראַקטישעם אויפֿ'ן שטעל.
איך האָב זיך געטראַכט אַז דער מעיאָר האָט רעכט. ער איז טאַקע אַ טאַמאַני-מאַן און דעליאָן רעפּרעזענטירט טאַקע די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי; עס האָט אָבער פֿאָרט ניט קיין זין צו ריידען וועגען דער אונגערעכטיגקייט פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם ביי אַזאַ געלעגענהייט. צוערשט האָב איך דאָס ניט אַרויסגעזאָגט, נאָר אַרויסגעהענדיג פֿון סיטי האָל, האָב איך אויסגעדריקט מיין מיינונג. דעליאָן איז געוואָרען אין כעם. ער האָט אָבער דאָס גלייך פֿאַרגלעט און מיר זיינען אַריינגעגאַנגען עסען לאָנטש אין אַ רעסטאָראַן (אויף פּאַרק ראָו ביי דעם ברוקלין353בריִדזש), וועלכער איז דאַן געווען גוט באַקאַנט, אָבער וועלכער עקזיסטירט שוין לאַנג ניט.
דער געשפּרעך, וואָס איז צווישען אונז פֿאָרגעקומען, אין דיזען רעסטאָראַן, האָט געהאַט אַ ווירקונג אויף מיינע ווייטערדיגע באַציהונגען צו דעליאָנ'ען און דורך דעם צו דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן", וועלכע האָט אַרויסגעגעבען די „אַרבייטער צייטונג"; אָבער דיזער ענין געהערט צו אַ ווייטערען קאַפּיטעל.
יענעם יאָהר האָט אין אַמעריקאַ געקאָכט מיט דער „קאָקסי אַרמיי". איינער אַ קאָקסי, אַ פֿערד-הענדלער פֿון דער וועסט, האָט גענומען אָרגאַניזירען מחנות פֿון אַרבייטסלאָזע מיט'ן צוועק צו מאַרשירען מיט זיי קיין וואַשינגטאָן. זיין ציל איז געווען צו פֿאָדערען ביים פּרעזידענט און ביים קאָנגרעם, אַז זיי זאָלען עפּעס טאָן צו באַזייטיגען דעם קריזיס. קאָקסי איז געווען העלפּט אידעאַליסט און העלפּט אַוואַנטוריסט. ער האָט געגלויבט אין דער „זילבערנער רפֿואה", וועגען וועלכער איך האָב דערצעהלט אין באַצוג צו דעם זומער וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין באָסטאָן. „דזשענעראַל" קאָקסי, ווי מען פֿלעגט איהם רופֿען, האָט געהאַלטען פֿון דער מיינונג, אַז ווען זילבערנע מטבעות זאָלען פֿון דער רעגירונג אַנערקענט ווערען אַלם ווירקליכע געלד, פּונקט ווי גאָלד, וואָלטען פֿאַרמערס באַקומען גרעסערע פּרייזען פֿאַר זייערע פּראָדוקטען. די געשעפֿטען וואָלטען פֿאַרבעסערט געוואָרען. אויף די פֿאַבריקען וואָלט געווען מעהר אַרבייט און דער קריזיס וואָלט אויפֿגעהערט. דיזען געדאַנק האָט ער אויסגעדריקט אין אַן אויפֿרוף וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזען צו די וואָס האָבען ניט געקענט געפֿינען קיין אַרבייט — אַן אויפֿרוף אַז זיי זאָלען זיך אַרומזאַמלען אַרום זיין פֿאָהן. ער האָט ערקלערט, אַז ער וועט אין וואַשינגטאָן קומען מיט אַ ריזיגער „אַרמיי פֿון אַרבייטסלאָזע", און די צייטונגען זיינען יעדען טאָג געווען פֿול מיט איהם.
די צאָל מענשען, וואָס זיינען געקומען צו איהם, איז אָבער געווען אַ גאַנץ קליינע. צוערשט נאָר אַ פֿאָר הונדערט, דערנאָך איז זיין „אַרמיי" געוואָרען אַביסעל גרעסער; אָבער קיין354באדייטונג האָט זי קיינמאָל ניט באַקומען. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז די צייטונגען האָבען גענומען אָפּפֿלאַכען פֿון איהר און זי איז צוקראַכען געוואָרען. ווען זי איז געקומען קיין וואַשינגטאָן, האָט זי געהאַט אַ גאַנץ נעבעכדיגען אויסזעהען.
יענעם ווינטער האָב איך געמאַכט אַן אַגיטאַציאָנס-טור, און אויף דיזער רייזע האָב איך באַגעגענט אַ טייל פֿון דער „קאָקסי אַרמיי". עס איז געווען אַ רחמנות צו קוקען אויף איהר.
[טאָפּיק] די „צוקונפֿט". — מאַרים ווינטשעוווסקי. — א. ליעסין. — „באָנמשע שווייג". — אַ לעקטשור-טור. — פֿרענק געסנער. — „רפֿאל נעריצך." — דער „אבענד בלאַט".
אויף אַ פּאַרטיי-טאָג, אָדער קאָנווענשאָן, פֿון אידישע סעקציעם פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּארטיי, וועלכע האָט שטאַטגעפֿונען אין נואַרק אין ניו-יאָהר 1894, בין איך איינשטימיג ערוועהלט געוואָרען רעדאַקטאָר פֿון דעם מאָנאַטליכען זשורנאַל „צוקונפֿט" (צו דער זעלבער צייט בין איך געבליבען רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג"). דער זשורנאַל האָט ניט געהערט צו דער „פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן", אַזוי ווי די „אַרבייטער צייטונג", נאָר צו די אידישע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס; און דער בעל-הבית איז אייגענטליך געווען די קאָנווענשאָן אָדער „פּארטיי-טאָג" פֿון דער אידישער באַוועגונג, וועלכע פֿלעגט זיך צוזאַמענפֿאָהרען יעדען יאָהר אין אַן אַנדער פּלאַץ.
אונטער דער פֿריהערדיגער רעדאַקציע איז די „צוקונפֿט" ניט געגאַנגען רעגעלמעסיג. געהייסען האָט דאָם מאָנאַטליכער זשורנאַל; ער איז אָבער אַרויסגעקומען איין מאָל אין צוויי אָדער זאָגאַר דריי מאָנאַט. זינט איך האָב איבערגענומען די רעדאַקציע, איז די „צוקונפֿט" ערשינען פֿינקטליך דעם ערשטען פֿון יעדען מאָנאַט. אַזוי האָט דאָם אָנגעהאַלטען די גאַנצע דריי יאָהר,355וואָס איך האָב איהר רעדאַקטירט. איך האָב איהר געפֿיהרט אַלם אַ מאָנאַט-שריפֿט פֿאַר פּאָפּולער-וויסענשאַפֿטליכע אַרטיקלען, פּובליציסטיק, ליטעראַטור און ליטעראַרישע קריטיק. איך האָב געפֿאָדערט פֿון יעדען אַרטיקעל-שרייבער, אַז ער זאָל האָבען אין זינען אונזערע מאַסען. איך בין געווען איבערצייגט, אַז צו געבען פּאָפּולאַריזאַציעם פֿון וויסענשאַפֿט און זעהר פּאָפּולער געשריבענע אַרטיקלען איבער פּאָליטישע און סאָציאַלע פֿראַגען, איז אונזער וויכטיגסטע פֿליכט; אַז אין דעם באַשטעהט די וויכטיגסטע טייל פֿון אונזער אַרבייט.
פֿון לאָנדאָן האָט קיין אַמעריקא עמיגרירט מאָרריס ווינטשעוווסקי, וועלכער אין די אידישע סאָציאַליסטען פֿון אַמעריקא געווען גוט באַקאַנט דורך דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿריינד". קומענדיג אהער, האָט ער געשריבען איניגע אַרטיקלען אין דער „אַרבייטער צייטונג" און אין דער „צוקונפֿט". אין דעם נומער „אַרבייטער צייטונג" פֿון פֿעברואַר 1894 האָט ער אָנגעהויבען צו דרוקען זיינע פֿעליעטאָנען „די צושלאָגענע געדאַנקען פֿון אַ משוגענעם פֿילאָזאָף", וועלכע האָבען זיך געמאַכט אַ נאָמען צוערשט אויף העברעאַיש (ער האָט זיי געשריבען אין אַ העברעאישער צייטונג, וועלכע איז אַרויסגעגאַנגען אין קעניגסבערג, דייטשלאַנד, ביים ענדע פֿון די זיבעצינגסטע יאָהרען), און שפּעטער אויף אידיש אין דעם „אַרבייטער פֿריינד".
אַ מאָנאַט שפּעטער האָב איך אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿאַרעפֿענטליכט אַ ליד „קוקענדיג אויף די שטערן" פֿון א. ליעסין. דאָם איז געווען זיין ערשטע געדרוקטע ליד. זיין אמת'ער נאָמען איז אברהם וואַלט. ווען עס איז מיר אָנגעקומען זיין מאַנוסקריפֿט און איך האָב אין איהם געזעהן טאַלאַנט, האָב איך די ליד אָנגענומען צום דרוקען. אָבער אזוי ווי ער האָט נאָך דאַן געוואוינט אין רוסלאַנד, האָב איך געגלויבט, אַז עס וועט זיין פּראַקטישער אונטערצושרייבען אַ פֿאַרשטעלטען נאָמען. וואָלט איז נאָהענט צו „וואַלד", און וואַלד איז אויף רוסיש „ליעס"; האָב איך איהם אַ נאָמען געגעבען ליעסין, און אזוי איז דאָם356פֿאַרבליבען אַלם זיין „פֿעדער נאָמען". אונטער דיזען נאָמען איז ער באַריהמט געוואָרען.
דעם זעלבען ווינטער האָט י. ל. פּרץ מיר צוגעשיקט פֿון וואַרשע דעם מאַנוסקריפֿט פֿון זיין „באָנטשע שווייג". דער פֿעליעטאָן איז ערשינען אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿון דעם 9טען מאַרטש, 1894.
אין דעם פֿריהלינג פֿון יענעם יאָהר האָט דער נאַציאָנאַל עקזעקוטיוו קאָמיטע פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי מיך אַרויסגעשיקט אויף אַ לעקטשור טור אויף אידיש און ענגליש. איך האָב באַזוכט קליוולאַנד, פּיטסבורג, טאָלידאָ, סט. לואים און שיקאַגאָ. אויסער שיקאַגאָ און טיילווייז פּיטסבורג, זיינען די פֿאַרזאַמלונגען אַראַנזשירט געוואָרען פֿון די דייטשע גענאָסען פֿון יענע שטעדט, און דאָם רוב האָב איך זיך טאַקע ביי זיי אָפּגעשטעלט. נעהמען אַ צימער אין אַ האָטעל איז נאָך דאַן פֿאַר אַ סאָציאַליסטישען רעדנער ניט געווען קיין גאַנץ געוועהנליכע זאַך.
אין פּיטסבורג האָבען די אַמעריקאַנער גענאָסען שוין געהאַט אַ ברענטש און אַ אידישען ברענטש האָט דאָרטען אָרגאַניזירט דער אויבענדערמאָנטער ם. זוסמאַן, וועלכער האָט מיט צוויי יאָהר פֿריהער אהין אַריבערגעמופֿט פֿון ניו יאָרק. איך האָב דאָרטען געהאַלטען צוויי ענגלישע לעקטשורם און צוויי אידישע. דאָרטען איז דענסמאָל אָנגעגאַנגען אַ סטרייק פֿון אידישע אַרבייטער, וועלכע זיינען געווען באַשעפֿטיגט ביי „שערוטם" (לאָנגע דינע ציגאַרען). דער פֿיהרער פֿון דעם סטרייק איז אויך געווען זוסמאַן.
אין פּיטסבורג האָב איך באַזוכט די גרויסע גלאָז-פֿאַבריקען, שטאָל-פֿאַבריקען און אנדערע אַנשטאַלטען פֿון דער אַמעריקאַנער גרויס-אינדוסטריע. דיזע פֿעקטאָרים האָב איך דערנאָך באַשריבען מיט סאָציאַליסטישע אַגיטאַציאָנס-פּרושים אין קאָרעספּאָנדענציעם צו דער „אַרבייטער צייטונג". איך האָב, למשל, ערקלערט ווי מען מאַכט גלאָז, און דערביי האָב איך אַרויסגעבראַכט דעם357געדאַנק, אַז אזוי ווי אויף אזעלכע גרויסע פֿאַבריקען אַרבייטען טויזענדער מענשען אין איינעם, הייסט עם, אַז זי, די אַרבייט, ווערט געטאָן ג ע ז ע ל ש א פ ט ל י ך, מיט אנדערע ווערטער — אויף אַ סאָציאַליסטישען שטייגער; נאָר די פֿרוכט פֿון דער אַרבייט ווערט פֿאַרטיילט ניט סאָציאַליסטיש; אַלזאָ איז דאָם אַ ווידערשפּרוך, וועלכער מוז באַזייטיגט ווערען.
אין פּיטסבורג האָבען מיר דאַן געהאַט אַן אינטערעסאַנטען גענאָסע מיט'ן נאָמען פֿרענק געסנער, וועלכער האָט געהאַט איינפֿלום צווישען די דאָרטיגע אַמעריקאַנער אַרבייטער. זיינע עלטערן זיינען געווען דייטשען; ער איז אָבער אויסגעוואַקסען אין אַמעריקא. ער האָט גערעדט ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער און גוט פֿאַרשטאַנען דעם אַמעריקאַנער כאַראַקטער און דעם הינגען לעבען אין אַלגעמיין. ער איז דאַן געווען איינער פֿון די וויכטיגסטע פֿערזענליכקייטען אין אונזער אַמעריקאַנער באַוועגונג. זיין פּרנסה האָט ער געצויגען פֿון אַ שטעלע וואָם ער האָט געהאַט אַלם רעדאַקטאָר פֿון אַן ענגלישען פֿאַך-אָרגאַן (פֿון גלאָז-אַרבייטער, דאַכט זיך) אין פּיטסבורג. ער האָט געשריבען גוט און גערעדט גוט.
ער האָט דאָם מיך געפֿיהרט איבער די גרויסע פֿעקטאָרים. אזוי אַרומגעהענדיג איבער'ן שטאָדט, האָבען מיר געשמועסט וועגען דער באַוועגונג און וועגען פֿאַרשידענע אנדערע ענינים. ער האָט קריטיקירט דעליאָן'ם טאַקטיק. „צו פֿיל עסיג, צו פֿיל עסיג!" — האָט ער געזאָגט, קרימענדיג זיך און לאַכענדיג צו דער זעלבער צייט. ער איז געווען אַ געבאָרענער הומאָריסט, און זיין געשפּרעך איז געווען אָנגעפֿילט מיט אַן אייגענאַרטיגען שפּאַם, וועלכער האָט זיך אויסגעדריקט אויף זיין פּנים, אזוי גוט ווי אין זיינע ווערטער.
— איך האָב דאָם דעליאָן'ען אַליין געזאָגט, — האָט ער מיר פֿאַרטרויט, — עם האָט איהם ניט געשמעקט. כאַ! — כאַ! — כאַ!
אזוי ריידענדיג צו מיר, האָט געסנער זיך עטליכע מאָל אָפּגעשטעלט, צוגעמאַכט איין אויג, און זיך צולאַכט אויפֿ'ן קול.358אזאַ געוואוינהייט האָט ער געהאַט. זיין געלעכטער איז אָבער געווען אַ גוטמוטיגער.
ווען איך האָב זיך אומגעקערט פֿון מיין רייזע, איז פֿאָרגעקומען אַ ספּעציעלער מאַם-מיטינג, אויף וועלכען איך האָב דערצעהלט וואָם איך האָב געזעהן אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג צווישען די אַמעריקאַנער. אונזער באַוועגונג צווישען די אַמעריקאַנער איז געווען גאַנץ קליין. אונזער פּאַרטיי האָט אָבער געמאַכט אַן אָנפֿאַנג אין עטליכע שטעדט, און אובז האָט זיך געדוכט אַז דער אָנפֿאַנג איז אַ פֿיל פֿאַרשפּרעכענדער.
אין יוני, 1894, האָט זיך אין דער „אַרבייטער צייטונג" אָנגעפֿאַנגען מיין ערצעהלונג „ווי אזוי רפֿאל נעריצך איז געוואָרען אַ סאָציאַליסט". דער הויפּט צוועק פֿון דער סעריע איז געווען סאָציאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע. זי האָט אָבער ענטהאַלטען אַ סך בעלעטריסטיק. זי האָט געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג.
אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿון דעם 27טען יולי, 1894, געפֿינט זיך אַן אנאָנסע, איבער וועלכער עם שטעהען די ווערטער: „אַ טעגליכע בלאַט צו דער אַרבייטער צייטונג, איהר נאָמען איז „אבענד-בלאַט".
די אנאָנסע פֿאַרנעהמט נאָהענט פֿון אַ קאָלום און עם ווערט ערקלעהרט די נויטווענדיגקייט צו האָבען אַ טעגליכע סאָציאַליסטישע צייטונג אום צו באַקעמפֿען די רעאַקציאָנערע „טעגליכע טאַגעבלאַט", וועלכע אַרבייט אין די אינטערעסען פֿון פֿאַבריקאַנטען, סוועט-שאַפּ באַסעם און קאַפּיטאַליסטישע פּאָליטישע פּאַרטייען. די אנאָנסע איז געשריבען געוואָרען פֿון מיר, נאַכדעם ווי די „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן" האָט באַשלאָסען די טעגליכע צייטונג אַרויסצוגעבען. דער נאָמען „אבענד בלאַט" איז אויך געווען מיינער.
אין די ווייטערדיגע נומערען „אַרבייטער צייטונג" איז געווען געדרוקט אַ קופֿאָן און אַן אויפֿרוף וועגען שטיצע צו העלפֿען גרינדען די נייע צייטונג.
359[טאָפּיק] אַ שטורעמדיגער אַרבייטער קאַמף. — יודזשין וו. דעבם. — גאָווערנאָר אַלטגעלט און פּרעזידענט קליוולענד. — „רעוואָלוציע"?
אין דעם זומער פֿון יענעם יאָהר איז די לאַנד אויפֿגעשטורעמט געוואָרען פֿון אַ גרויסען אַרבייטער קאַמף, און דאַן איז צום ערשטען מאָל אַרויסגעשוואואומען דער נאָמען יודזשין וו. דעבם, וועלכער איז זינט דאַן געוואָרען אזוי פּאָפּולער און באַליבט. די אַמעריקאַנער אייזענבאַהן אַרבייטער זיינען אַרוים אין אַ סטרייק און דעבם איז געווען זייער פּרעזידענט און פֿיהרער. אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿון דעם 13טען דזשוליי געפֿינט זיך זיין פּאָרטרעט פֿון יענער צייט — אַ בילד פֿון אַ יונגען מאַן.
דער קאַמף האָט זיך אָנגעהויבען אויף די פֿעקטאָרים פֿון דער פּולמאַן קאָמפּאַני, וועלכע פֿאַבריצירט און פֿיהרט אַלע שלאָף-וואָגאַנען פֿון אַמעריקא. פֿון דעם האָט ער זיך פֿאַרשפּרייט ביי די אייזענבאַהן אַרבייטער פֿון פֿילע שטאַאטען. דער מיטעל-פּונקט פֿון דעם קאַמף איז געווען דער שטאַאט אילינאָי.
אין דעם זעלבען נומער „אַרבייטער צייטונג" פֿון 13טען דזשוליי געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל וועגען די בריף, וואָם גאָווערנאָר אַלטגעלט פֿון אילינאָי האָט געשריבען צו דעם פּרעזידענט, גראָווער קליוולענד, און וואָם קליוולענד האָט איהם געענטפֿערט. קליוולענד האָט געשיקט יוניטעד סטייטס סאָלדאַטען צו באַשיצען די סקעבם און זאָגאַר צו פֿאַרנעמען דעם פּלאַץ פֿון די סטרייקערם. אַלטגעלט האָט פּראָטעסטירט. אָט איבער דעם האָבען זיי געהאַט אַ בריף-וועקסלונג. לויט דער קאָנסטיטושאָן פֿון די יוניטעד סטייטס טאָר אַ פּרעזידענט ניט שיקען קיין יוניטעד סטייטס סאָלדאַטען אין קיין סטייט, סיידען דער גאָווערנאָר פֿון דעם סטייט ווענדט זיך צו איהם נאָך הילף (יעדער סטייט איז אין אינערליכע אָנגעלעגענהייטען אַ זעלבסטשטענדיגע מלוכה מיט אַן אייגענער אַרמעע — די סטייט מיליץ; און כל זמן זי360פֿיהלט אַז זי קען אויסקומען אָהן אויסערליכע הילף, טאָר מען אין איהרע געשעפֿטען זיך ניט מישען). גאָווערנאָר אַלטגעלט האָט זיך צום פּרעזידענט נאָך מיליטערישע הילף ניט געווענדט. אַלזאָ, האָט ער געפּרעגט, מיט וואָם פֿאַר אַ רעכט דער פּרעזידענט שיקט אין אילינאָי סאָלדאַטין פֿון דער אַלגעמיינער אַרמעע.
אויף דעם האָט קליוולענד געענטפֿערט, אַז ער שיקט סאָלדאַטען צו באַשיצען די פּאָסט, וועלכע ווערט געפֿיהרט איבער די אייזענבאַהנען, כדי די פּאָסט זאָל קענען געהן רעגעלמעסיג. די פּאָסט געהערט ניט צו יעדען סטייט באַזונדער, נאָר צו דער פֿאַראייניגטער רעגירונג פֿון די יוניטעד סטייטס. אַלזאָ, האָט דאָם כלומרשט געהייסען, אַז דער פּרעזידענט מישט זיך גאָרניט אין אינערליכע אָנגעלעגענהייטען פֿון אילינאָי, נאָר אין אַן אָנגעלעגענהייט פֿון דער אַלגעמיינער רעגירונג.
מען האָט צוגעטשעפּעט אַ פּאָסט-וואַגאָן צו יעדער טריין, צו הונדערטע טריינם, וועלכע פֿיהרען גאָר קיין פּאָסט-זאַכען קיינמאָל ניט. און מיט דיזען תירוץ האָט מען זיי אַלע באַוואַכט מיט סאָלדאַטען פֿון דער יוניטעד סטייטם אַרמעע.
די „קעפּעל" אויף דעם אַרטיקעל אין דער „אַרבייטער צייטונג" איז געווען:
„עס שמעקט מיט רעוואָלוציע! פּרעזידענט קליוולענד שיקט יוניטעד סטייטס סאָלדאַטען. דאָם צינדט אָן אַ פֿייער פֿון אויפֿשטאַנד ביי די אַרבייטער."
„צוועלף טויזענט פֿינף הונדערט מייל אייזענבאַהן שטעהט שטיל. טריינם אויף מיילען די לענג אין פֿייער."
„דער גאַנצער סטייט קאַליפֿאָרניא אין די העגט פֿון די סטרייקערם".
„אַלע יוניאָנם ענטפֿערען מיט אַ באַשלום וועגען אַ דזשענעראַל סטרייק".
די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען האָבען אָנגענומען אַ סימפּאַטיע רעזאָלוציע פֿאַר די סטרייקער און עם איז אָרגאַניזירט געוואָרען אַ גרויסע דעמאָנסטראַציע. דער זעלבער נומער „אַרבייטער צייטונג" האָט אַ לאַנגען לייט-אַרטיקעל מיט מיין361אונטערשריפֿט. די קעפּעל פֿון דעם לייט-אַרטיקעל איז „רעוואָלוציע?".
איך פֿאַנג אָן מיט דער באַמערקונג, אַז איניגע אַמעריקאַנער צייטונגען רעדען וועגען דעם גרויסען באַהן סטרייק אַלם אַן אמת'ע רעוואָלוציע און אַלם דעם גרעסטען אינערליכען קאַמף זינט דער מלחמה צווישען דער נאָרט און דער סאוט. איך ערקלעהר, אַז מען דאַרף זיך ניט איילען דאָם אַ נאָמען צו געבען רעוואָלוציע, און אַז אונטער די איצטיגע אומשטענדען איז אַמעריקא אויף אַ סאָציאַלער רעוואָלוציע ניט בעהיג. דער סטרייק איז אַ שאַרפֿער קלאַסען-קאַמף, אָבער פֿאָרלייפֿיג האָבען די אַמעריקאַנישע מאַסען נאָך קיין שייכות ניט צום סאָציאַליזם. פּריוואַט אייגענטום איז דאָם הייליג ביי זיי. אָבער אויב דער איצטיגער קאַמף צווישען קאַפּיטאַל און אַרבייט, זאָג איך, איז אַליין ניט דער אָנהויב פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע, איז ער אַ באַווייז, אַז עם האַלט שוין ניט ווייט דערביי.
מיט דיזען סטרייק האָט געקאָכט די גאַנצע לאַנד. די קאַפּיטאַליטישע צייטונגען האָבען איהם אָפּגעגעבען פֿילע קאָלומם, און די „אַרבייטער צייטונג" איז נאַטירליך געווען פֿול מיט איהם. מיר האָבען אויך געדרוקט גרויסע בילדער וועגען דעם סטרייק. איין בילד האָט פֿאָרגעשטעלט ווי די אַמעריקאַנער אַרטילעריע באַוואַכט אַ באַהן-סטיישאָן; אַנאַנדער בילד — ווי די פּאָליציי שיסט אויף סטרייקערם, אַ דריטע — ווי סאָלדאַטען שיסען אויף סטרייקערם.
מיט דעם נאָמען דעבם האָט געקלונגען פֿון סאָציאַליזם האָט דער מאַן, וואָם האָט דיזען נאָמען געטראָגען, נאָך קיין באַגריף ניט געהאַט. ער האָט אָבער אויף אונז געמאַכט אַן איינדרוק פֿון אַן אמת-עהרליכען און איבערגעבענעם אַרבייטער פֿיהרער. מיר זיינען געווען געוואוינט יעדען אַמעריקאַנער אַרבייטער-פֿיהרער, וואָם ווייזט ניט אַרוים קיין סימפּאַטיע צו אונזער באַוועגונג, צו אַטאַקירען, אָדער ווייניגסטענם צו צווייפֿלען אין זיין ערנסטקייט. גאַנץ אַנדערש איז געווען אונזער באַציהונג צו דיזען אַמעריקאַנער אַרבייטער-פֿירהרער.362ער האָט געוואוונען אונזער העכסטען רעספּעקט. ווען מיר האָבען גערעדט וועגען איהם מיט א פֿריינדליכען טאָן, איז דאָס ניט געווען דוקא צוליב דעם קאמף, מיט וועלכען ער איז דאן געווען פֿארבונדען; אזוי האָבען מיר געפֿיהלט צו איהם פּערזענליך אויך. ער האָט זיך געהאַלטען מיט א סאָרט מוט, אין וועלכען עס האָט זיך געפֿיהלט די באַגײַסטערונג פֿון א אידעאַליסם. מיט זיינע רעדעס האָט ער ביי זיינע צוהערער אָנגעצונדען די הערצער.
אונזער רעספּעקט האָט אויך געוואוונען גאָווערנאָר אַלטגעלט. מיט זיין פּראָטעסט געגען קליוולאַנד'ס האַלטונג האָט ער זיך ניט באַנוגענט. ער האָט ארויסגעלאָזען אַן אַפֿיל וועגען שטיצע פֿאַר די סטרײַקערס פֿון דער פּולמאַן קאָמפּאַניע. דאָס אַלץ האָט אונז אייגענטליך ניט איבעראַשט, ווארום מיט א יאָהר פֿריהער, אין רושן 1893, האָט דער זעלבער גאָווערנאָר אַלטגעלט באַפֿרײַט דרײַ פֿון די, וואָס זיינען געווען פֿאַראורטיילט אין דעם שיקאַגאָ'ער אַנאַרכיסטען פּראָצעס: סעמיועל פֿיעלדען, מייקעל שוואַב און אָסקאַר נעבע, וועלכער איז פֿאראורטיילט געוואָרען אויף 15 יאָהר (זעה באַנד צוויי, פֿיידזש 248—249 און 278—279), ערקלערענדיג דערביי, אז דער אורטייל איז געווען ניט קיין גערעכטער. די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט אַלטגעלט'ן אטאַקירט.
דאָס איז געווען איינער פֿון די מערקווירדינגסטע מענשען, וואָס האָבען זיך ווען עס איז באַוויזען אין דעם עפֿענטליכען לעבען פֿון אַמעריקא. קיין סאָציאַליסט איז ער ניט געווען. סתם אַן עהרליכער און מוטיגער מאַן. פֿאַר זיינע בראַווע האַנדלונגען האָט ער פֿיל געליטען. ער איז רואינירט געוואָרען.
ווען א מיטגליד פֿון א אידעאַליסטישער פּארטיי אָפֿפֿערט זיך פֿאַר זיין אידעאַל, איז ער א העלד; ווען א מענש קעמפֿט און אָפֿפֿערט, אַליין, אָהן א פּאַרטיי, אָהן דער מאַראַלער שטיצע פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, פּשוט ווייל זיינע איבערצייגונגען טרײַבען איהם דערצו, איז זיין העלדישקייט א דאָפּעלטע. אזאַ העלדישקייט האָט אַרזיסגעוויזען אַלטגעלט.
ער איז רואינירט געוואָרען און קיינער האָט אפֿילו ניט363געוואוסט דערפֿון. קיינער האָט זיך ניט אומגעקוקט. דיזע מערקווירדינגע פּערזענליכקייט איז באַלד פֿארגעסען געוואָרען.
דעם לעזער וועט אינטערעסאַנט זיין צו וויסען, אז אין אַלטגעלט'ס פּריוואַטען לעבן לאָא אַפֿים האָט דאן געאַרבייט א יונגער לאָיער מיט'ן נאָמען קלארענס דאַראָו. דאָס איז דער זעלבער דאַראָו, וועלכער איז היינט, ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איינער פֿון די באַריהמטסטע רעדנער און קעמפֿער פֿאַר אמת און יושר אין אַמעריקא.
די בירגער פֿון ניו יאָרק זיינען יענעם זומער געווען פֿאַראינטערעסירט אין אַן אונטערזוכונג וועגען דער קאָרופּציאָן פֿון ניו יאָרקער שטאָדט-בעאַמטע און פּאָליטישענס. א קאָמיטע פֿון דעם אָלבאַנער סענאַט (דער סענאַט פֿון דעם פּאַרלאַמענט פֿון דעם ניו יאָרקער שטאַאט) האָט אין ניו-יאָרק אָנגעפֿיהרט אַן עפֿענטליכען פֿאַרהער, אויף וועלכען מען האָט געבראַכט פֿילע באַשולדינגטע און עדות געגען זיי. דער פֿאָרזיצענדער פֿון דיזער קאָמיטע איז געווען סענאַטאָר לעקסאָו, און דעריבער איז די קאָמיטע באַקאַנט געוואָרען אַלס „לעקסאָו קאָמיטע". די מאַיאָריטעט פֿון דעם סענאַט אין אָלבאַני איז באַשטאַנען פֿון רעפּובליקאַנער, וועהרענד די רעגירונג פֿון דער שטאָדט ניו יאָרק איז געווען אין די העגנט פֿון די טאַמאַני פּאָליטישענס. האָבען די רעפּובליקאַנער דורך דעם פֿאַרהער געוואָלט באַווייזען ווי קאָרופּט טאַמאַני איז.
די קאָרופּציע פֿון דער ניו יאָרקער פּאָליציי איז דאן ווירקליך דערגאַנגען צו אונגלייבליכע שטופֿען. אונאַנשטענדיגע הייזער זיינען אומעטום געווען אָפֿען און די פּאָליציי איז געווען א שותּף'טע צו די אַלע ביזנעס.
דער עקעלהאַפֿטסטער געגענד פֿון שטאָדט איז דאן געווען עלעוון סטריט, אין דעם רעכטען מיטען פֿון דעם אידישען קוואַרטאַל.364אין די אונאַנשטענדינגע הייזער זיינען ביינאַכט די פֿענסטער געווען באַלויכטען מיט רויטע לאַמפּען, און פֿון דאַמאָלסט שטאַמט דאָס דער אויסדרוק דער „רעד לייט דיסטריקט" (דער קוואַרטאַל פֿון רויטע ליכט). עלעוון סטריט איז געווען דער צענטער פֿון דעם דאָזיגען שענדליכען געגענד, און די באַלעבאַטים פֿון די אונאַנשטענדינגע הייזער און „קאַדעטען", אָדער „אַלפֿאָנסען", ווי מען רופֿט די עקעלהאַפֿטע ברואים, וועלכע לעבען פֿון דעם שאַנד פֿון פֿרויען וואָס זיי פֿארשקלאַפֿען, האָבען דאָרטען געוועלטינגט מיט אונבאַשרענקטער מאַכט. עס איז בוכשטעבליך געווען א סכּנה דורך יענער גאַס דורכצוגעהן. מען פֿלעגט פּשוט כאַפּען מענער אין גאַס און זיי אַריינשלעפּען אין די „רעד לייט" הייזלעך, און אַמאָל זיי באַראַבעווען און נאָך שלאָגען אויך. שרייען צו דער פּאָליציי האָט קיין זין ניט געהאַט. ווען א פּאָליסמאַן איז אפֿילו געשטאַנען דערביי, האָט ער זיך אויך ניט געמישט, סיידען ער האָט געהאָלפֿען דעם קרבן שלאָגען, אָדער ער האָט איהם געשלעפּט אין סטיישאָן-הויז אויף פֿאַלשע באַשולדיגונגען.
די לעקסאָו-קאָמיטע האָט צו דער אויספֿאַרשונג גערופֿען פּאָליציי קאַפּיטאַנען, פּאָליציי אינספּעקטאָרען און פֿאַרשידענע אנדערע וויכטיגע בעאַמטע. די ניו יאָרקער צייטונגען זיינען געווען פֿול מיט באַריכטען און בילדער פֿון דער אונטערזוכונג. איך האָב בייגעוואואיינט פֿילע זיצונגען פֿון דער אונטערזוכונג.
דער לאָיער, וועלכען די לעקסאָו קאָמיטע האָט אָנגעשטעלט פֿאַר איהר פֿאָרשונג, איז געווען א ניו יאָרקער אַדוואָקאַט מיט'ן נאָמען גאָף. ער האָט אויף די זיצונגען פֿון דעם פֿארהער געשפּילט די ראָלע פֿון א פּראָקוראָר.
איך בין געווען דערביי ווי מען האָט גרויסע פּאָליציי אינספּעקטאָרען געכאַפּט ביי דער האַנט, אזוי צו זאָגען, מיט באַווייזע, אז זיי באַקומען רעגעלמעסיגע געהאַלט פֿון פּראָסטיטוציאָנס-הייזער. גאָף האָט זיי געשטעלט פֿראַגען, און זיי האָבען זיך געוואָרפֿען ווי פֿיש אין א נעץ, געלייקענט, ווידערשפּראָכען זיך, געפּלאָנטערט זיך, נערוועז געשטאַמעלט. א פֿאָר פֿון זיי האָבען זיך אין אַלץ מודה געווען.
א דעמאָקראַטישער סטייט-סענאַטאָר מיט'ן נאָמען רעש, א365טאַמאַני מאַן פֿון דער צווייטער עוועניו, איז געבראַכט געוואָרען צום שאַנד-קלאָץ אַלס א לאָיער און כאַבאַר-מעקלער פֿון אַלע פּראָסטיטוטקעס פֿון דער באַוערי און פֿון דער צווייטער עוועניו. וואָס מעהר ער האָט געפּרופֿט פֿאַרענטפּערען גאָף'ס באַווייזע געגען איהם, אַלץ טיפֿער איז ער אַריינגעפֿאַלען. ער איז פֿון דעם עדות-שטוהל אַראָפּ א רויטער, א צושראָקענער, א נידערגעשלאָגענער. ער האָט קוים געהאַט כּח אַרויסצוגעהן פֿון זאַל.
יענעם נאָכמיטאָג האָט די „איוונינג וואָירלד" געהאַט א קאַריקאַטור-צייכנונג, אויף וועלכער עס איז געווען פֿאַרגעשטעלט ווי רעש קומט אַריין צו א באַרבער. ווען ער זעצט זיך אויפ'ן שטול איז ער א שעהנער, געזונטער יונג. ווען ער קריכט אַראָפּ פֿון שטול, איז זיין פּנים איינגאַנצען צושניטען, צובלוטיגט. אין דער ראָלע פֿון דעם באַרבער איז אויפ'ן בילד געשטאַנען לאָיער גאָף. אונטער דער בילד איז געווען אונטערגעשריבען: „ע קלאָוז שעיוו" (דער באַרבער האָט איהם נעבעך צושניטען). עהנליכע קאַריקאַטורען און באַריכטען האָט מען געהאַט יעדען טאָג.
איך פֿלעג דיזע רעש קאַריקאַטור פֿארשטעלען אויף אונזערע מיטינגען און ווייזען, אז אונטער דער איצטיגער געזעלשאַפֿט איז קאָרופּציאָן א גאַנץ נאַטירליכע זאַך; אז דער סאָרט קאָרופּציאָן, וועלכע לעקסאָו אונטערזוכט, איז א קינדער-שפּיל אין פֿאַרגלייך מיט די רויבערייען און אנדערע פֿאַרברעכענס, דורך וועלכע מען ווערט מיליאָנערען. „די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿט דאַרף מען נעהמען צום באַרבער!" פֿלעג איך אויסרופֿען.
דורך זיין טעטיגקייט ביי דעם לעקסאָו פֿארהער איז גאָף באַריהמט געוואָרען און די סיטיזענס יוניאָן (די אָרגאַניזאַציע פֿון אנשטענדינגע בירגער, וועלכע האָט באַקעמפֿט טאַמאַני האָל) האָט איהם אַרויסגעשטעלט אַלס איהר קאַנדידאַט אויף „רעקאָרדער", דער העכסטער ריכטער פֿון דעם קרימינאל געריכט דזשענעראל סעשאָנס. טאַמאַני האָט אויף דער זעלבער אַרויסגעשטעלט איהרען א מענשען; ער איז דורכגעפֿאַלען. גאָף איז ערוועהלט געוואָרען.
366מיר האָבען פֿיל געשריבען וועגען אַן אַנארכיסטישער סענסאַציע מיט וועלכער עס האָט געקאָכט פֿראַנקרייך און די גאַנצע וועלט. דער פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרייך, קאַרנאָ (אָן אייניקעל פֿון איינעם פֿון די וויכטיגע פּערזענליבקייטען פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע) איז דערשטאָכען געוואָרען פֿון א יונגען איטאַליענער אַנאַרכיסט מיט'ן נאָמען סאַנטאָ קאָזעריא. מיר האָבען געדרוקט קאָזעריאָ'ס בילד און די איינצעלהייטען פֿון זיין פּראָצעס.
ווען מען האָט קאָזעריאָ'ן פֿאראורטיילט צום טויט, האָט ער אויסגעשריען: „עס לעבע די אַנארכי!", און ווען מען האָט איהם געלייגנט אונטער'ן מעסער פֿון דער גילאָטינע, האָט ער אויסגעשריען: „מוט, קאָמעראַדען! עס לעבע די אַנארכי!" אין אונזערע אַרטיקלען האָבען מיר וועגען דעם יונגען מאַן גערעדט מיט גרויס רעספּעקט; מיר האָבען אָבער אָנגעוויזען ווי קינדערש עס איז צו גלויבען, אז דורך דער ערמאָרדונג פֿון א פּרעזידענט וועט מען נעהנטער ברײַנגען די באַפֿרײַאונג פֿון דעם אַרבייטער קלאַס.
אין פֿאַרבינדונג מיט דער זעלבער טרויעריגער געשיכטע האָבען מיר פֿון פּאַריז צום ערשטען מאָל דערהערט דעם נאָמען זשאַן זשאָרעס, וועלכער איז שפּעטער ביי סאָציאַליסטען און אנדערע פֿאָרטגעשריטענע מענשען פֿון דער וועלט געוואָרען אזוי גרויס און טייער. זיין נאָמען ווערט אין דער „אַרבייטער צייטונג" (אינ'ם נומער פֿון דעם 31טען דזשוליי, 1894) דערמאָנט אַלס דער נאָמען פֿון א דעפּוטאַט, וועלכער האָט אין דעם פֿראַנצויזישען פּאַרלאַמענט גערעדט וועגען דעם אַנארכיסטישען טהאָט ניט אַלס באַשיצער פֿון דער רעגירונג, נאָר אַלס איהר באַקעמפֿער.
עס איז נאָך דאן געווען פֿריש די געשיכטע מיט דעם367באַריהמטען פּאַנאַמא קאַנאַל שווינדעל. פֿראַנקרייך האָט געפּרופֿט בויען דעם פּאַנאַמא קאַנאַל צווישען נאָרד-אַמעריקא און זיד-אַמעריקא, און דיזע ריזיגע אונטערנעהמונג האָט זיך אַרויסגעווצייגט פֿאַר א דיזיגען נעסט פֿון גנבות און גרעפּט. אַלזאָ, האָט זשאָרעס פֿאַרבונדען דעם אַנארכיסטישען טהאָט מיט דעם פּאַנאַמא שווינדעל.
„רויבערייען פֿון דיזען סאָרט זיינען שולדיג אין אַזעלכע טהאָטען ווי קאָזעריאָ'ס, — האָט ער געזאָגט, — די קאָרופּציאָן פֿון קאַפּיטאַליסטישע העררשער רופֿט אַרויס א פּראָטעסט ביי עהרליכע מענשען; זיי ברענגען זיי צו פֿאַרצווייפֿלונג".
אין אונזער באַוועגונג איז דאן פֿאָרגעקומען א לאַנגע דעבאַטע איבער דער פֿראַגע, וועלכע איז מיט דרייסיג יאָהר שפּעטער, נעמליך אין 1924, ביי אונז געשטאַנען אויף דער טאָגעס-אָרדנונג. די פֿראַגע איז געווען: צי זאָל די סאָציאַליסטישע פּארטיי געהן צוזאַמען מיט א זעלבסטשטענדיגער פּאָליטישער פּאַרטיי פֿון די אַמעריקאַנער יוניאָנס. איך האָב דאן (אין 1894) געשריבען א סעריע פֿון פֿיר אַרטיקלען וועגען דער פֿראַגע. דער סך הכּל פֿון מיין דאַמאָלסדיגער מיינונג וועגען דעם ענין באַשטעהט אין פֿאָלגענדען: די פֿליכט פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי וואָלט געווען יאָ צו געהן האַנט אין האַנט מיט א פּאָליטישער פּאַרטיי פֿון די אַמעריקאַנער יוניאָנס. דאָס איז אָבער גערעדט דאן ווען די אַמעריקאַנער יוניאָנס מיינען דאָס ערנסט. ליידער אָבער זיינען זיי צו שטאַרק פֿאַרזונקען אין דער קאַפּיטאַליסטישער פּאָליטיק, און זייערע פֿיהרער זיינען אַליין בודעל-פּאָליטישענס. יעדעם מאָל, ווען זיי רעדען וועגען אַן אַרבייטער פּאַרטיי, מיינען זיי נאָר אויסצונוצען זייער איינפֿלוס אויף די אַרבייטער אום צו קריגען וואָוטס פֿאַר די רעפּובליקאַנער אָדער דעמאָקראַטען, און דורך דעם צו באַקומען פּאָליטישע נוצען פֿאַר זיך פּערזענליך.
פֿון דאַמאָלס אָן זיינען פֿאַריבער מעהר ווי דריי צעהנדליג יאָהר. זינט דאן האָבען זיך די אומשטענדען טיילווייז געביטען, אָבער ניט ווי מיר האָבען זיך פֿאָרגעשטעלט.368א געשיכטע וועלכע האָט אונז סאָציאַליסטען און אַלע אנדערע ראַדיקאַלען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, איז געווען פֿאַרבונדען מיט דעם נאָמען יוה פּענטעקאָסט. דאָס איז געווען אַן אַמעריקאַנער גלח, וועלכער האָט אין פֿאַרלויף פֿון עטליכע יאָהר אַרויסגעוויזען סימפּאַטיע מיטן אַנארכיזם און געהאַלטען לעקטשורס פֿון אַן אַנארכיסטישען כאַראקטער. ער האָט ניט געפּרעדיגט קיין דירעקטען אויפֿשטאַנד אָדער געברויך פֿון גוואַלט, אזוי ווי יאָהאן מאָסט. זיין אַנארכיזם איז געווען פֿון דעם „בלויז טעאָרעטישען" כאָרט.
ער איז געווען רייך פֿארהייראָט. זיין פֿרוי איז געווען די טאָכטער פֿון א קאַנאָנען פֿאַבריקאַנט מיט דעם נאָמען געטלינג (דער ערפֿינדער פֿון דעם געטלינג ביקס). מיסעס פּענטעקאָסט איז געווען א גוטע זינגערין און א שעהנע פֿרוי און פּענטעקאָסט אַליין איז אויך געווען שעהן, אי מיט'ן פּנים אי מיט'ן וואוקס. ער איז געווען א גלענצענדער רעדנער, און מיסעס פּענטעקאָסט פֿלעגט נאָך יעדער לעקטשור זייגער זינגען. דער זאַל פֿלעגט אויף יעדער פֿאַרזאַמלונג זייערער זיין געפּאַקט. אזוי האָט דאָס אָנגעהאַלטען אונגעפֿעהר פֿיר יאָהר. פּלוצלונג האָבען די דאָזיגע לעקטשורס געשטאַפּט. פּענטעקאָסט האָט אָנגעהויבען שטודירען לאָא.
דערנאָך, אין דעם יאָהר 1894, ביי וועלכען מיר האַלטען דאָ, האָבען די צייטונגען געדרוקט א סענסאַציאָנעלען באַריכט אז פּענטעקאָסט זאָגט זיך איינאַנצען אָפּ פֿון זיין אַנארכיזם און אַטאַקעס אויף דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם און אז דער דיסטריקט אטוירני פֿון ניו יאָרק (קוירנעל פֿעלאָוס) האָט איהם אַפּוינטמעד פֿאַר איינעם פֿון זיינע אסיסטענטס. אין פּענטעקאָסט'ס נייער ערקלעהרונג, ווי זי איז געווען איבערגעגעבען אין די צייטונגען, ווערט די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם אַרויסגעשטעלט אַלס א גוטע און גערעכטע.
דאָס איז פֿאַר אונז געווען אַן אונאַנגענעהמע איבעראַשונג. פּענטעקאָסט האָט געפּרעדיגט אַנארכיסטישע געדאַנקען, ניט אונזערע, אָבער מיר האָבען איהם אַלע געשעצט. איצט אַלזאָ האָט ער זיך איבערגעקעהרט און איז איבערגעגאַנגען צום שונא. מיר האָבען איהם פֿארדאַמט אַלס א פֿארערטער. די פּרעסע, ווידער,369האָט שאַרף קריטיקירט קוירנעל פֿעלאָוס'ן פֿאַרוואָס ער נעהמט אזא מענשען אַריין צו זיך אין אָפֿים.
דערנאָך איז געווען געדרוקט א נאָכריכט אז פּענטעקאָסט ענטזאָגט זיך פֿון זיין שטעלע אַלס אסיסטענט דיסטריקט אטוירני. מיר האָבען דאָס דאן ערקלעהרט אַלס דער רעזולטאַט פֿון די אַטאַקעס וואָס די קאַפּיטאַליסטישע צייטונגען האָבען געמאַכט אויף קוירנעל פֿעלאָוס'ן. מיר האָבען געמיינט, אז קוירנעל פֿעלאָוס צווינגט איהם דאָס צו טאָן. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעצייגט אז פּענטעקאָסט אַליין האָט זיך צוריקגעצויגען.
ער איז געווען א מענש מיט ניט קיין פֿעסטען כאַראקטער; און דער אמת איז, אז ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זיינע פֿריהערדיגע מיינונגען אונטער דעם דרוק פֿון זיין פֿרוי'ס פֿאַמיליע. אין דער ממשות'דיגקייט פֿון דעם אַנארכיזם האָט ער ווירקליך אָנגעהויבען צו צווייפֿלען. אָבער אז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז א ריכטיגע און א גערעכטע — אזא מיינונג האָט ער קיין מאָל ניט געהאַט. אַלזאָ, ווען עס איז געוואָרען א מהומה און מען האָט איהם אַרויסגעשטעלט אַלס פֿארערטער, האָט ער זיך ענטזאָגט פֿון דער שטעלע וואָס פֿעלאָוס האָט איהם אָנגעבאָטען.
שפּעטער האָט ער אָנגעהויבען אַרויסצייגען אינטערעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. ער איז ניט געוואָרען טעטיג אַלס מיטגלידער פֿון אונזער פּאַרטיי; ער האָט אָבער מיטגעהאָלפֿען אין אונזער אַגיטאַציע און יעדער פֿון אונז איז געווען איבערצייגט אז ער מיינט דאָס מיט'ן גאַנצען האַרצען.
יעענם זומער האָב איך ווידער באַזוכט וואשינגטאָן. איך האָב געהאַלטען א לעקטשור אויף ענגליש און אן אגיטאַציאָנס-רעדע (ביי קאָסטאָם-שנידער) אויף אידיש.
אין וואשינגטאָן האָט דאן געוואואינט קוירנעל הינטאָן, דער ענגלענדער מיט דער לאַנגער באָרד און לאַנגע האָר, מיט וועלכען איך בין געווען נאָהענט באַקאַנט דורך אונזער אַמעריקאַנער סעקציע אין ניו יאָרק. ער האָט געקראָגען א וויכטיגע שטעלע ביי דער רעגירונג; און עס איז געווען דייטליך, אז ער האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַלס א טרייער מיטגליד פֿון דער דעמאָקראַטישער370פּאַרטיי, וועלכע האָט דאָן געהערשט. איך האָב זיך מיט אים באַגעגנט אױפֿ׳ן גאַס, און ער איז צו מיר צוגעשטאַנען איך זאָל איך אים באַזוכען. דאָס צו טאָן האָב איך געהאַלטען פֿאַר אן עבירה. איך האָב אים באַטראַכט פֿאַר אַ שטיקעל משומד. אַז ער איז ניט געווען קיין שטרענג פּרינציפּיעלער מענש האָב איך אימער געוואָוסט. ער איז אָבער געווען אַ פֿריינדליכער, אַ וואַרים-הערציגער חבר; קורץ: איך בין באַגאַנגען די עבירה און אים באַזוכט.
אין ניו יאָרק האָט ער געוואוינט אָרים און איז געווען געקליידט אָרים. דאָ האָט ער פֿאַרוואָוינט אַ גרויסע שעהנע און שעהן-מעבּלירטע הויז מיט דינער און דינסטען. ער און זיין פֿרוי זיינען געווען גוט געקליידט און צום טיש האָט מען דערלאַנגט אַ גוטע פֿלאַש וויין.
— אָט אַזױ דאַרף מען וואוינען — האָט ער צו מיר געזאָגט — יעדער מענש וועט אַזױ וואוינען אין אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. דאָס איז אַ סעמפּעל פֿון סאָציאַליזם, וואו אַלע וועלען אַרבייטען ביי דער רעגירונג און יעדער וועט לעבען אַנשטענדיג, בעקוועם און שעהן.
איך האָב זיך דערמאָנט אָן די רייד פֿון וואַלטער ווורומען, אונזער אמאָליגען „באַי אַרעיטאָר‟, וועלכער האָט צו מיר אמאָל געזאָגט: „איך האָף צו האָבען אַ גרויסען רייכען מאַיאָנטעק מיט אַ סך דינער און דינסטען. איך וועל לעבען ווי אַ מאָנאַרך; בשעת אַ לאַקעי וועט מיר אַרױפֿציהען די שטיוועל אױף די פֿיס, וועל איך צו אים זאָגען: „דו זעהסט? דו ביזט אַ שקלאַף ביי מיר. פֿאַרוואָס? ווייל איך בין רייך. אַזאַ סיסטעם טויג ניט! זי מוז אָפּגעשאַפֿט ווערען! פֿאַרשטעהסט?‟
הינמאָן האָט מסתמא געפֿיהלט אַז אין האַרצען לאַך איך פֿון זיין באַמערקונג; האָט ער געטריט פֿאַרריכטען דעם איינדרוק.
— מיינע סאָציאַליסטישע פּרינציפּען בין איך טריי ווי אימער — האָט ער געזאָגט — די רעגירונג ווייס אַז איך בין אַ סאָציאַליסט. זי דאַרף מיר האָבען צוליב מיין קענטניס אין371אידיגיישאָן (ווי אַזױ אויסצוטריקענען זומפֿיגע פּלעצער) און פֿאַר דעם צאָהלט זי מיר. דאָס איז אַלעם.
[טאָפּיק] אין דער „אַרבייטער צייטונג‟. — סטערעאָטיפּישע בילדער. — ש. פֿעסקין. — ד. מאַגידאָוו. — ב. גאָרין. — ז. ליבין. — א. קאַספּע. — אַ זאָנדערבאַרער איד. — אַ סאָציאַליסטישער אַלדערמען.
איך האָב פֿאָרטגעזעצט די סדרות. איך האָב געדרוקט אַרטיקלען איבער דער אידישער אינקוויזיציע און אַנדערע „פּיטשורס‟. אונטער דעם קעפּעל „כּדאי צו וויסען‟, האָב איך גענעגעבען אַרטיקלען וועגען טאַבּאַק, וועגען גלאָז, וועגען „דעם ערשטען שפּיגעל אױף דער וועלט‟, און אַנדערע ענינים. מייסטע פֿון דיזע אַרטיקלען האָב איך געשריבען אַליין. אייניגע האָב איך באַשטעלט ביי מיטאַרבייטער.
צו מיינע עטליכע אונטערשריפֿטען האָב איך דיזען יאָהר צוגעגעבען נאָך איינעם: בן שלום (מיין פֿאָטער׳ס נאָמען איז געווען שכנא; צו דער ספֿר תּורה אָבער פֿלעגט מען איהם אויפֿרופֿען „ר׳ שלום‟). איך האָב געשריבען אַן אַרטיקעל וועגען דעם ווי מען האָט דערשטיקט דעם רוסישען צאַר פּאַוועל. איך האָב אָנגעהויבען אַ סעריע אונטער דעם נאָמען „קורצע לעסאָנס איבער התחלה סאָציאַליזם‟.
יענעם יאָהר האָב איך און מיללער איינגעפֿיהרט לעקטשורס, וואָס זיינען געווען אילוסטרירט מיט „סטערעאָטיפּישע בילדער‟ — בילדער אױף גלעזלעך, וועלכע ווערען שטאַרק פֿאַרגרעסערט דורך אַ סטערעאָפּטיקאָן.
צו דער „אַרבייטער צייטונג‟ און „צוקונפֿט‟ האָב איך צוגעקראָגען אַלס מיטאַרבייטער ש. פֿעסקין׳ען און ד. מאַגידאָוו׳ן, וועלכע האָבען אָפֿט געשריבען פּאָפּולערע אַרטיקלען איבער נאַטור-וויסענשאַפֿט.
ב. גאָרין פֿלעגט פֿאַר אונז שרייבען סקיצען און לענגערע ערצעהלונגען. פֿון ז. ליבין׳ען פֿלעגען מיר באַקומען פֿעליעטאָנען.372ביסלעכווייז האָט ער אָבער אָנגעהויבען צו שרייבען קורצע ערצעהלונגען, און זיין פּאָפּולאַריטעט איז שנעל געוואַקסען.
א. קאַספּע האָט זיך אומגעקעהרט פֿון רוסלאַנד, וואו ער האָט גענענדיגט דעם נאַטור-וויסענשאַפֿטליכען פֿאַקולטעט פֿון דעם פּעטערסבורגער אוניווערסיטעט. אַ געוויסע צייט נאָכדעם ווי ער איז געקומען אין ניו יאָרק, האָט ער גענומען שטודירען מעדיצין. איך האָב איהם איינגעלאַדען צו שרייבען פּאָפּולער-וויסענשאַפֿטליכע ערקלעהרונגען פֿאַר דער „צוקונפֿט‟. און ער האָט דעם זשורנאַל געגעבען עטליכע אַרטיקלען איבער כעמיע.
ווען איך דערמאָן זיך די אָנשטרענגונגען, וואָס איך האָב דאַן געמאַכט צו פֿאַרגרעסערען די צאָל מיטאַרבייטער אין דער „אַרבייטער צייטונג‟ און אין דער „צוקונפֿט‟, לעבט פֿאַר מיר אױף אַ געשטאַלט פֿון אַ אינטעליגענטען רוסישען אידען, וועלכער האָט מיר געבראַכט אַן אַרטיקעל.
איך האָב איהם געטראָפֿען אַלס שילער אין דער איוונינג סקול. ער איז געווען פֿון די מיטעלע יאָהרען. געקליידעט איז ער געווען אָרים און ניט צו ציכטיג. זיין רעקעל איז געווען איינגאַנצען באַפֿלעקט און זיין קראַגען ניט צו ריין. זיין שווארצע בערדעל אָבער איז אימער געווען שעהן פֿאַרקעמט, און די קאָפּ האָט ער געהאַלטען שטאָלץ אויפֿגעהויבען. איך האָב פֿון אָנפֿאַנג געמיינט, אַז ער איז אַ בעל-גאוה. ער האָט זיך אַזױ באַנומען, אַזױ ווי פֿאַר אַמעריקא וואָלט געווען אַ כּבוד וואָס ער איז געקומען אַהער. און ווען איך האָב איהם דעם ערשטען מאָל געהייסען לעזען, האָט ער דאָס געטאָן מיט אַזאַ מינע, אַזױ ווי ער וואָלט געווען דער לעהרער און איך דער שילער. ווען איך האָב מיט איהם געהאַט אַ געשפּרעך, האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז איך האָב אַ טעות געהאַט. ער איז געווען אַ ווייכער, אַ נידערגעשלאַגענער מענש און זעהר אַ העפֿליכער. נאָך צו העפֿליך איז ער געווען. ער האָט גערעדט רוסיש צו מיר, פֿלעגט ער זיך אַלע ווײַלע אַ נויג טאָן און זאָגען: „איזוויניטיע, פּאָזשאַלויסטא!‟ (ענטשולדיגט, איך בעט373אייך). רוסיש האָט ער גערעדט אויסגעצייכענט. זיין „ר‟ האָט געקלונגען ווי אַ „ג‟, אַזױ איז אָבער זיין אויסשפּראַך געווען אַן עכט גרויס-רוסישע.
איינמאָל האָט ער ביי מיר געפֿרעגט צי איך וואָלט געדרוקט זייגעם אַן אַרטיקעל אין דער „אַרבייטער צייטונג‟. איך האָב געבעטען ער זאָל מיר ווייזען וואָס ער האָט אויפֿגעשריבען און ער האָט מיר געבראַכט אַ פֿעליעטאָן. ווען איך בין געקומען צו זיך אַהיים און האָב גענומען לעזען דעם מאַנוסקריפּט, האָב איך זיך צולאַכט אױפֿ׳ן קול. זיין אידיש איז געווען אַ קאַמישער מיש-מאַש פֿון רוסישע אויסדרוקען, ווערטערליך איבערגעזעצט אױף אידיש. איין פֿראַזע איז אויסגעקומען אין אַזא פֿאָרמע, אַז אױף אידיש האָט זי געהאַט אַן אונאַנשטענדיגען זין. מען האָט אָבער געקענט זעהן אַז אױף רוסיש וואָלט ער געווען ניט קיין שלעכטער שרייבער. ווען איך האָב אין מיינע געדאַנקען איבערזעצט זיין משונה׳דיגען אידיש אױף רוסיש, האָב איך געפֿיהלט, אַז דער פֿעליעטאָן ענטהאַלט אין זיך אַ גאַנץ נישקשה-דיגען הומאָר. איך האָב די שפּראַך אויסגעבעסערט. אין מאַנכע שטעלען האָט דער הומאָר דאַן פֿאַרלאָרען זיין טעם, וואָרים עס איז געווען פֿאַרבונדען מיט דער רוסישער שפּראַך. עס איז אָבער דאָך געבליבען אַ לעזבאַרער אַרטיקעל. ווען ער האָט אָבער דערהערט אַז איך האָב געמאַכט ענדערונגען, האָט זיין פּנים אויסגעדריקט שמערצען.
— ביי אונז אין רוסלאַנד פֿיהרט זיך דאָך ניט אַזױ, — האָט ער געזאָגט, עפּעס אַזױ ווי אַ צושראָקענער, און ער האָט זיך צעהן מאָל ענטשולדיגט פֿאַר מיר פֿאַרוואָס ער זאָגט דאָס.
— די אידיש איז אָבער קיין אידיש ניט, — האָב איך געענטפֿערט, — אַזױ דרוקען וואָלט געווען אונמעגליך.
— אידיש איז דען אױך אַ שפּראַך? — האָט ער געזאָגט מיט אַן אונטערטעניגען שמייכעל, — צי דען איז אױף אידיש אויך דאָ „וואָס מען קען‟ און „וואָס מען קען ניט‟? אַבי מען פֿאַרשטעהט וואָס מען מיינט. דאָס איז אַלץ וואָס מען דאַרף פֿאָדערען.374עס איז ביי איהם געווען אַ פֿראַגע פֿון געוויסען: אַ מענש מיט זעלבסטווירדע טאָר אַ רעדאַקטאָר ניט ערלויבען צו ענדערען זיין שפּראַך. אַזא באַגריף האָט ער געהאַט. ער האָט געבעטען איך זאָל איהם אומקעהרען דעם מאַנוסקריפּט און ער וועט פּרואוווען דאָס זעלבע אָניפֿשרייבען אױף גוטע אידיש; און אויב עס וועט אַלץ ניט טויגען, זאָל איך איהם ווייזען ווי צו פֿאַרבעסערען, אָבער ער מוז דאָס טאָן מיט זיינע אייגענע הענט. ער האָט מיך פֿאַראינטערעסירדם. איך האָב געוואָלט מיט איהם בעסער באַקענט ווערען. אָבער מעהר האָב איך איהם שוין קיינמאָל ניט געזעהן. אַן אַנדער שילער, וועלכער האָט איהם אַביסעל געקענט, האָט ערקלעהרט, אַז ער איז אוועקגעפֿאָהרען אין אַנאַנדער שטאָדט. אין ניו יאָרק האָט ער ניט געקענט קריגען קיין באַשעפֿטיגונג און ער האָט פֿיל געליטען.
אין יענעם יאָהר (1894) איז פֿון רוסלאַנד אריבערגעקומען אַ יונגער מאַן מיט׳ן נאָמען אַבראַמאָוויטש, אַן אינטעליגענטער, אַ סימפּאַטישער. ער האָט אױף אַלעמען געמאַכט אַ גוטען איינדרוק. ער האָט געהאַלטען ביי אונז אַ לעקטשור אױף רוסיש און ער פֿלעגט אָפֿט פֿאַרברענגען אין ליבער לייסעאום מיט אונז. דערנאָך איז ער אוועקגעפֿאָהרען אין דער וועסט, וואו ער האָט געענדערט זיין נאָמען אױף לעאָנאַרד. ער האָט זיך באַזעצט אין מינעאַפּאָליס און איז דאָרטען געוואָרען אַן איינפֿלוסרייכער לעיער, און גענומען שפּילען אַ וויכטיגע ראָלע אין דעם אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿטליכען לעבען. אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג איז ער אַלעמאָל געבליבען טעטיג.
דעם זעלבען יאָהר האָבען די סאָציאַליסטען געהאַט זייער ערשטען זיג ביי די וואַהלען. אונזער פּארטי האָט עלעקטעד איהרען אַ מיטגליד, אייגעם מעטהיו מעגוויייער, אַלס אַלדערמען אין פּעטערסאָן, ניו דזשוירזי. ער איז עלעקטעד געוואָרען מיט 895 שטימען געגען 886. אין יענער צייט איז דאָס אָבער געווען אַ גרויסער זיג.
375[טאָפּיק] אָפּערא.
אין די פּאָר יאָהר, אױף וועלכע עס באַציהט זיך דיזער קאַפּיטעל, בין איך אָפֿט געגאַנגען אין דער אָפּערא. זי איז שוין איצט געווען ניט אין דער „אַקאַדעמי אָוו מיוזיק‟, קאָרנער 14טע סטריט און אוירווינג פּלייס, וואו איך האָב צום ערשטען מאָל געהערט פּאַטטי׳ן, נאָר אין דער מעטראָפּאָליטאָן אָפּערא הויז, וועלכע איז אויפֿגעבויט געוואָרען אױף בראָדוויי, צווישען 39טע און 40טע סטריט. פֿון אייראָפּא זיינען דאַן געקומען עטליכע גרויסע זינגער און זינגערינס. צווישען די ערשטע זיינען געווען דער פּויילישער טענאָר זשאַן דערעזשקע און זיין ברודער, דער באַס, עדואַרד דערעזשקע. ביידע זיינען זיי געווען וועלט-באַריהמטהייטען. און זשאַן דערעזשקע איז וואַרשיינליך געווען דער גרעסטער געזאַנג-קינסטלער אין דער וועלט. פֿון פּאַריז איז אױך געקומען אַ באַריהמטער באַריטאָן מיט׳ן נאָמען לאַססאַל (אייגענטליך האָט זשאַן דערעזשקע אױך געהאַט אַ באַריטאָן שטימע. ער האָט איהר אָבער „איבערגעבראָכען‟ אױף אַ טענאָר). אױך פֿלעגט אריבערקומען דער איטאַליענער טאַמאַניא, וועלכען מען רעכענט פֿאַר אייגעם פֿון די דריי גרעסטע טענאָרען פֿון אונזער צייט. זשאַן דערעזשקע׳ם שטימע איז ניט געווען אַזא שטאַרקע און אייגענאַרטיג-שעהנע ווי טאַמאַניא׳ם; זי איז אָבער געווען שעהן, און דער עיקר איז געווען ווי אַזױ ער האָט זי געברויכט. ער איז געווען אַ קינסטלער דורך און דורך. אין פֿאַרלויף פֿון עטליכע יאָהר איז ער געווען די צענטער-פֿיגור פֿון דער ניו יאָרקער אָפּערא.
פֿון פּאַריז איז אױך געקומען עמא קאַלווע, אַ מעצצאָ-סאָפּראַנא זינגערין, וועלכע האָט זיך הויפּטזעכליך באַריהמט געמאַכט אין דער הויפּט ראָלע פֿון דער אָפּערא „קאַרמען‟, און די איטאַליענישע זינגערין סקאַלכי, וועלכע האָט געהאַט די שעהנסטע און רייכסטע קאָנטראַלטאָ אין דער וועלט.
די אױסטראַלישע זינגערין מעלבא האָט זיך דאַן געפֿונען376אױף דער העכסטער שטופֿע פֿון איהר קאַריערע. פּאַטטי איז שוין ניט געווען יונג, און מעלבא איז דאַן געווען די קעניגין פֿון דער וועלט-אָפּערא, און זי האָט עטליכע סיזאָנס געזונגען אין דער מעטראָפּאָליטאָן. נאָרדיקא, אױך אַ באַריהמטע סאָפּראַנא, האָט אױך אַנטייל גענומען. צו זיי דאַרף מען צורעכענען די פּויילישע זינגערין, מאַדאַם זעמבריך. מיט אייניגע יאָהר פֿריהער האָט מען איהר גערעכענט פֿאַר דער שעהנסטער קאָלאָראַטור-סאָפּראַנא נעקסט צו פּאַטטי׳ן; איצט, שוין אין די ווייטערע מיטעלע יאָהרען, איז זי נאָך אַלץ געווען אַ וואונדערבאַרע זינגערין.
אַמעריקא גופֿא האָט געהאַט אַ וואונדערליכע זינגערין, מיט אייגער פֿון די שעהנסטע און אייגענאַרטיגסטע שטימען אין דער וועלט. עמא אימס האָט זי געהייסען. איהר שטימע פֿלעגט מיך באַצויבערען, הויפּטזעכליך אין דער ראָלע פֿון מיכאַעלא, אין „קאַרמען‟.
דאָס איז ווירקליך געווען אַ מערקווירדיגע קאָמפּאַניע. אַזא גרויסע צאָל וואונדערבאַרע זינגער מיט אַמאָל האָט די ניו יאָרקער אָפּערא אין די שפּעטערע יאָהרען קיינמאָל ניט געהאַט. זי האָט געהאַט אַ קאַרוזא און אייניגע אַנדערע גלענצענדע אַרטיסטען. אָבער אַזױ פֿיל מוזיקאַלישע זעלטענהייטען אין איין קאָמפּאַניע — קיינמאָל ניט.
דורך דיזער קאָמפּאַניע איז ניו יאָרק אַזױ ווי פּלוצלונג געוואָרען אַ מוזיקאַלישע שטאָדט. דאָס האָט זיך ספּעציעל געפֿיהלט צווישען דייטשען, אידען און איטאַליענער (די לעצטע האָבען דאַן אָנגעהויבען צו פֿאָהרען קיין אַמעריקא אין גרויסע צאָלען). אָרימע לייט האָבען אָפּגעשפּאָרט פֿון עסען צו קויפֿען אַ טיקעט פֿאַר דער אָפּערא. דאָס איז געווען אין דער העכסטער צייט פֿון דעם קריזיס, ווען מאַסען מענשען האָבען ניט געהאַט קיין באַשעפֿטיגונג. איך האָב געוואוסט פֿון אידען מנגנים וואָס האָבען פֿאַרזעצט עפּעס, אום צו געהן הערען די דערעזשקעם און מעלבא.
איך האָב מיין באַגייסטערונג פֿאַר דער אָפּערא געהאַט צו פֿאַרדאַנקען מיין פֿרוי. פֿון מיין פֿאָטער האָב איך גע׳ירש׳ענט377אַ ליידענשאַפֿטליכע ליבע צו מוזיק. איך האָב אַ גוטען אויער. און אַ שעהנער נגון, אַ געראָטענער כאָר-געזאַנג, אָדער אָרקעסטער מוזיק האָט אױף מיר אַ באַזויפֿענדע ווירקונג. מיין מוזיקאַלישקייט איז אָבער ניט קיין ענטוויקעלטע. אין דיזער הינזיכט שטעהט מיין פֿרוי אַ סך העכער פֿון מיר. זי ווייס מעהר און פֿאַרשטעהט טיפֿער. זי האָט אַ געבאָרענעם מוזיק-חוש פֿון אַ הויכען גראַד, און זי האָט אימער נאָכגעפֿאָלגט כּמעט אַלץ וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער מוזיקאַלישער וועלט — אין דער אָפּערא, אין די קאָנצערט-זאַלען און כּמעט אַלץ וואָס די בעסטע קריטיקער האָבען געשריבען וועגען דעם. זי האָט אַ פֿיינעם, אינטעליגענטען געשמאַק און מבינות. די בעסערע מוזיק איז אַ מין רעליגיאָן ביי איהר, און זי געהט צו אַן אָפּערא אָדער צו אַ קאָנצערט אַזױ ווי אַ באַגייסטערט רעליגיעזער מענש געהט אין שוהל אָדער אין קירכע.
פֿון די אָפּעראַס, וועלכע מיר האָבען יענע יאָהרען געהערט, איז מיר אַמשטאַרקסטען געפֿעלען געווען „פֿאַוסט‟, „קאַרמען‟ און „קאַוואַלעריא רוסטיקאַנא‟, וועלכע איז נאָך דאַן געווען אַ נייע ווערק.
ווען איך האָב געהערט די אינטערמעצצא פֿון „קאַוואַלעריא רוסטיקאַנא‟, האָב איך געגלויבט, אַז דאָס איז דער נגון, מיט וועלכען מיך האָט באַצויבערט אַ קאַטערינקע בשעת איך בין געגאַנגען פֿאַרקויפֿען האַרטמאַן׳ם עלעקטרישע סקאַרף-פּינס. דאָס איז געווען אַ מיסטיק, און איך האָב זיך מיט איהם אַרומגעטראָגען ביז דיזען יאָהר, ווען איך האָב זיך אָנגעפֿרעגט ביי מיין איטאַליענישען גענאַסע סאַטשערדאָטי, אין מילאַן. ער האָט געמאַכט אַן אונטערזוכונג, און אַלטע מוזיק-קענער האָבען איהם ערקלעהרט, אַז כ׳האָב פֿון דער קאַטערינקע מסתמא געהערט אַ געוויסען אַנדערן נגון, צו וועלכען די אינטערמעצצא איז אַביסעל עהנליך.