378דעליאַן'ס איינפלוס אין דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי איז שנעל געוואַקסען. עטליכע מאָנאַט נאָך אונזער אומקעהרען זיך פֿון דעם צוריכער קאָנגרעס, איז ער שוין געוועהן אַ פֿאָלשטענדיגער הערשער איבער איהר.
וואָס מעהר מאַכט ער האָט באַקומען, אַלץ דייטליכער איז פֿאַר אייניגע פֿון אונז געוואָרען, אַז דאָס איז זעהר אַ שעדליכע מאַכט. און ווי מיר וועלען זעהן, האָט די צוקונפֿט דיזע מיינונג פֿאָלשטענדיג באַשטעטיגט.
איך רייד דאָ ניט בלויז וועגען דער אידישער אָפּטיילונג פֿון דער באַוועגונג, נאָר וועגען דער גאַנצער פּאַרטיי.
אין דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אססאסיאיישאָן" האָט זיך גראָד דאַן ענטוויקעלט אַ צוזאַמענשטויס, וועלכער האָט איהר צוטיילט אויף צוויי פֿיינדליכע צדדים: דער צד פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראָט און אַ צד, וועלכער האָט איהם באַקעמפֿט. דער אָנפֿיהרער פֿון דעם צווייטען לאַגער איז געווען לואי מילער.
דער סכסוך איז אַרויסגעקומען ווען איך בין געווען אין יוראָפּ, און פֿון אָנפאַנג האָט ער געהאַט אַ פּערזענליכען כאַראַקטער.379ער האָט אָבער באַלד באַקומען אַ פּרינציפּיעלען כאַראַקטער אויך. דאָך, ווען ער וואָלט געווען באַשרענקט אויף דער אידישער באַוועגונג, וואָלט מען איהם געקענט אויסגלייכען. מילער האָט געפֿאָדערט געוויסע רעפֿאָרמען. זיין פֿאָדערונג איז געווען אַ גערעכטע, און ווי ווייט עס איז געווען פּראַקטיש, וואָלט מען איהר פֿריהער-שפּעטער דורכגעפֿיהרט. וואָס אָנבאַטרעפֿט פּערזענליכע אונפֿריינדליבקייטען, וואָלטען זיי געקענט „אויסגעפּרעסט" ווערען. אָבער גראָד איז צו צו דער זעלבער צייט אַרויסגעקומען אַ ביטערעד סכסוך אין דער אַלגעמיינער פּאַרטיי, צוליב דעליאַנ'ען. דאָס — טיילווייז דורך מיין שייכות צו דעם אַנטי-דעליאַן קאַמף אין דער אַלגעמיינער פּאַרטיי — איז צוזאַמענגעבונדען געוואָרען מיט די צווישטיגקייטען אין דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אססאסיאיישאָן", און אונזער פֿאַמיליען-פֿרידען אין אידישען קוואַרטאַל האָט געהאַט דעמזעלבען טרוייעריגען שיקזאַל ווי דער פֿרידען אין דער גאַנצער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. דעליאַן האָט אריינגעבראַכט אַ גייסט פֿון אינערליכע צאַנקעריי, וועלכע האָט אויף דער באַוועגונג געווירקט ווי שווינדזוכט.
פֿון אָנפֿאַנג איז דער טראָבעל אין דער „אססאסיאיישאָן" געווען אַ ריין-לאָקאַלע זאַך. מיט דעם דעליאַן-גייסט האָט ער ניט געהאַט צו טאָן. דיזער לאָקאַלער טראָבעל איז אָבער באַלד צונויפֿגעפֿלאָנטערט געוואָרען מיט דער גאַנצער דעליאַן טאַקטיק.
דער פֿאַרוואַלטונגס-ראָט, דאָס הייסט אייגענטליך אַלע איינפֿלוסרייכע מיטגלידער פֿון דער אססאסיאיישאָן, האָט זיך געשטעלט אויף דעליאַנ'ס זייט.
אין געוויסע וויכטיגע מאָמענטען פֿון דעם צוזאַמענשטויס האָט זיך טיילווייז געהאַנדעלט וועגען מיר. איך גלויב דעריבער, אַז דאָס בעסטע וועט זיין און וועל איך וועל צוערשט איבערגעבען וואָס עס געפֿינט זיך וועגען דעם ענין אין בורגינ'ס „געשיכטע פֿון דער אידישער אַרבייטער באַוועגונג", און דאַן ערשט זאָל דער לעזער הערען וואָס איך האָב צו דערצעהלען וועגען דער געשיכטע.380פֿאַרשעענדיג די אַנגעלעגענהייט האָט בורגין אויסגעהערט ביידע צדדים און אויך זייטיגע בעאָבאַכטער. ניט מיט אַלץ, וואָס ער זאָגט, בין איך איינפֿאַרשטאַנען, און אין זיין באַריכט פֿעהלען וויכטיגע מאָמענטען. אָבער ווי ווייט ער האָט באַקומען די פֿאַקטען, גיט ער זיי איבער אַבסאָלוט אונפּאַרטייאיש. פֿאַר דעם, וואָס אינטערעסירט זיך מיט יענע עטליכע יאָהר פֿון אונזער באַוועגונג און מיט די אומשטענדען, וואָס האָבען געפֿיהרט צו דער גרינדונג פֿון דעם „פֿאָרווערטס", איז זיין נוסח אַ וויכטיגער בייטראָג. און דאָס זעלבע קען מען, אין אַלגעמיין, זאָגען וועגען זיין גאַנצען ווערק.
אויף פֿיידזש 373 (און ווייטער) לעזען מיר דאָס פֿאָלגענדע:
„צוליב פֿאַרשידענע אורזאַכען, מייסטענס פּערזענליכע, זיינען ענטשטאַנען מיספֿאַרשטענדנימע צווישען מאַנכע פֿיהרער פֿון דער פּאָבלישינג אססאסיאיישאָן און דער רעדאַקציע, און נאָך שפּעטער האָבען זיך אין דער פּאָבלישינג אססאסיאיישאָן אָנגעפֿאַנגען מחלוקות צווישען די אָנהענגער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט און אַנדערע מעמבערס פֿון דער אססאָסיאיישאָן.
„די פֿראַגע איז געווען צו באַקעמפֿען דעם גאָמפּערסיזם (דאָס הייסט, דעם קאָנסערוואַטיוון גייסט פֿון די אַמעריקאַנער יוניאָנס אויף ווי ווייט ער האָט זיך געפֿיהלט אין די אידישע יוניאָנס). דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט האָט זיך גיכער געהאַלטען ביי דער מיינונג, אַז מען מוז באַקעמפֿען יעדע יוניאָן, אין וועלכער עס הערשט דער גאָמפּערס-גייסט, און אַלס אַן אָרגאַניזירטע גרופּע פֿלעגט דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט קענען דורכפֿיהרען דיזע ריכטונג. ער האָט, צום ביישפּיל, געפֿאָדערט פֿון די פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען זי זאָל נעמען אַ שטרענגערע שטעלונג צו די ניט-סאָציאַליסטישע יוניאָנס. די געגנער, ווידער, וועלכע זיינען ניט געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט אַזאַ יוניאָן טאַקטיק, האָבען באַשולדיגט דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט אַז ער נוצט אויס זיין מאַכט פֿאַר שמאָלע פּאַרטייאישע אינטערעסען און שטערט די אינטערעסען פֿון דער באַוועגונג".
ווייטער דערצעהלט בורגין וועגען דעם צוזאַמענשטויס381צווישען לואי מילער'ן און דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט.
„מילער איז דאַן געווען אַן אויסגעשטודירטער לאָיער און אַלס אַזעלכער האָט ער געהאַט אַ לאָאָ אָפֿיס. אַלזאָ, האָט אַ געוויסע אידישע יוניאָן פֿון ברוקלין אריינגעשיקט אין דער „אַרבייטער צייטונג" אַ באַשלום צו פּראָטעסטירען פֿאַרוואָס ער פֿאַרנאַכלעסיגט זייערע אַ קיים. דער נאָטיץ איז געווען אָפּגעדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג". מילער האָט אויפֿגעשריבען אַן ערקלעהרונג פֿון זיין צד, דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט האָט דאַן אויך אריינגעשטעלט אַן ערקלערונג; אָבער אויף מילער'ס פֿאַרלאַנג האָט דער דאַמאָלסדיגער געשעפֿטס-פֿיהרער פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", א. אָרטמאַן, דעם נאָטיץ אַרוימגענומען פֿון דעם זאַץ איידער ער איז אָפּגעדרוקט געוואָרען. דאַן האָט דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט געשיקט איינעם פֿון זיינע מיטגלידער אין דרוק און ער האָט די ערקלערונג צוריק אריינגעשטעלט. אָט איבער דעם האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ גאַנצע מהומה צווישען די אָנהענגער פֿון פֿאַרוואַלטונגס-ראַט און זיינע געגנער *.
אונטער דעם איבערשריפֿט „דעניעל דעליאַנ'ס טאַקטיק און קאַמפֿס-מעטאָדען", שרייבט בורגין:
„ווי מיר האָבען אין אַ פֿריהערדיגען קאַפּיטעל דערמאָנט, זיינען שוין מאַנכע אידישע מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי געווען אונצופֿרידען מיט'ן וואָוקס פֿון דעליאַנ'ס איינפֿלוס אין דער פּאַרטיי. דעליאַן איז, לויט זיין כאַראַקטער, געווען אַ מאַן מיט אַן אונבויגזאַמע פֿאַנאַטישע נאַטור. לויט זיין באַגריף מוז אַ יוניאָן זיין סאָציאַליסטיש, אַ ניט, דאַרף זי גאָרניט עקזיסטירען; אַן איינצעלנער מענש קען, לויט זיינע באַגריפֿען זיין ענטוועדער אַ סאָציאַליסט אָדער אַ פֿייקער; די אָדער יענע פֿערזאָן קען זיין אָדער מיט איהם אָדער דער געגען382איהם. קיין מיטעלפּונקט אַנערקענט דעליאַן ניט. אַגב איז ער געווען פֿאַרהעלטניסמעסיג אַ נייער אין דעם סאָציאַליסטישען לאַגער און ער איז געווען דורכגעדרונגען מיט פֿאַנאַטיזמום פֿון אַן אָקאָרשט איבערגעקעהרטען.
„זיין שטעלונג צו די ניט סאָציאַליסטישע יוניאָנס איז געווען זעהר אַ פֿיינדליכע. די אידישע טעאָרעטישע פֿיהרער פֿון דער באַוועגונג האָבען גענומען איינזעהען, אַז מיט אַזאַ פּאָליטיק קען מען אָפּטרייבען די מאַסען פֿון סאָציאַליזם. זיי האָבען פֿאַרשטאַנען, אַז אויב זיי זאָלען זיך אימער האַלטען פֿאַר דיזער פּאָליטיק, וועלען זיי קיינמאָל ניט דערנעהנטערען די אידישע באַוועגונג צו דער אַמעריקאַנישער אַרבייטער באַוועגונג. זיי האָבען ניט געוואָלט נאָבגעהן נאָך דעליאַנ'ען, וועלכער האָט אָבער געהאַט אַ שטאַרקען איינפֿלום אויפֿ'ן פֿאַרוואַלטונגס-ראַט פֿון דער פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן.
„איבערהויפֿט זיינען מיט דיזער פּאָליטיק געווען אונצופֿרידען די סעקציאַנען פֿון די פּראָווינציעלע שטעדט. אין ניו יאָרק האָט מען נאָך צווישען אַרבייטער געקענט געפֿינען גענוג סאָציאַליסטיש געזאָננענע אויף צו גרינדען אַ האַלב-סאָציאַליסטישע יוניאָן. אין די פּראָווינציעלע שטעדט איז אָבער געווען שווערער צו געפֿינען אַזעלכע אַרבייטער. דאָס רוב אַרבייטער זיינען נאָך געווען „רויהע" מענשען, וואָס מען האָט נאָך געדאַרפֿט אַגיטירען, ערקלערען זיי די נויטווענדיגקייט פֿון אַ יוניאָן. און צוליב דער פֿיינדליכער שטעלונג פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי האָבען די סאָציאַליסטען קיין צוטרים ניט געהאַט צו די אַרבייטער.
„אַלע דיזע טענות און קריוודעם זיינען פֿאָרגעבראַכט געוואָרען פֿאַר דעם אידישען פּאַרטיי-טאָג (צוזאַמענפֿאָהר) אין נואַרק, ניו דזשוירזי, דעם 30טען און 31טען דעצעמבער 1893 און דעם ערשטען יאַנואַר 1894.
„אויפֿ'ן פּאַרטיי טאָג זיינען די מחלוקות, וואָס האָבען ביז אהער געטליעט אין געהיים, אַרויסגעטראָטמען אָפֿען. מילער און אַנדערע האָבען באַשולדיגט די פּאָבלישינג אססאסיאיישאָן אין אַ פֿאַרזוך אויעקצו'גנב'ענען די צייטונג פֿון די אָרגאַניזאַציאָנען, וועלכע האָבען איהר געגרינדעט מיט זייערע בייטרעגע.383„ווי מיר ווייסען שוין, איז דאָרטען צווישען אַנדערע פֿראַגען פֿאַרהאַנדעלט געוואָרען די פֿראַגע וועגען דער שטעלונג צו יוניאָנס און אויך באַציהונגען אין דער פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן. וועגען דער יוניאָן פֿראַגע איז באַשלאָסען געוואָרען גוטצוהייסען די רעזאָלוציאָן, וואָס איז געפֿאַסט געוואָרען אויף אַ פֿריהערדיגען פּאַרטיי-טאָג (אַז מיטגלידער פֿון סעקציאַנען מוזען באַלאַנגען צו זייערע יוניאָנס).
„די הויפּט דעבאַטע האָט אַרויסגערופֿען די פֿראַגע וועגען די באַציהונגען אין דער פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן. די אָנקלאָגע געגען דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט האָט געפֿיהרט ל. מילער. צום ערשטען מאָל איז ער אַרויסגעטראָטען מיט דער עפֿענטליכער באַשולדיגונג, אַז דער פֿאַרוואַלטונגס ראַט און זיינע אָנהענגער זיינען אַ קליקע. אַלם אַ באַווייז האָט ער געבראַכט דעם פֿאַקט, אַז דער פֿאַרוואַלטונגס ראַט האָט זיך ענטזאָגט צו געבען אַ גענויעם באַריכט וועגען דעם פֿינאַנציעלען צושטאַנד פֿון דער צייטונג.
„דער פֿאַרוואַלטונגס ראַט האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז ער האָט דאָס ניט געטאָן, ווייל די פֿאַרעפֿענטליכונג פֿון אַזאַ באַריכט וואָלט געשעדיגט די געשעפֿטען פֿון דער צייטונג.
„צווישען אַנדערע האָט די קאָנווענשאָן, נאָך היציגע דעבאַטען, געפֿאַסט די פֿאָלגענדע רעזאָלוציאָן:
„אין אָנבאַטראַכט דאָס די פּראַקטישע עקזעקוטיוו אַרבייט אין דער אידישער באַוועגונג אין ניו יאָרק ליגט, דורך געוויסע פֿאַרהעלטניסע, אין די הענט פֿון בלויז עטליכע גענאָסען, רעקאָמענדירט דער פּאַרטיי-טאָג אַלע סאָציאַליסטען ווי אויך אַלע סאָציאַליסטישע פֿעראייניען, אַריינצוטרעטען אין דער „אַרבייטער-צייטונג פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן", אום צו קענען אַנטייל נעהמען אין דער עקזעקוטיוו אַרבייט."
אונטער דעם קעפּעל: „קאַהאַנ'ס קאַמף געגען דעליאַנ'ען און דער באָסטאָנער פּאַרטיי טאָג" דערצעהלט בורגין:
„דער נואַרקער פּאַרטיי טאָג האָט אָבער ניט באַזייטיגט די רייסערייען צווישען די אידען מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי. אין געגענטייל, די רייסערייען האָבען384אָנגענומען אַ מעהר קאָנקרעטענעם כאַראַקטער, אַ כאַראַקטער פֿון אַ מיינונגס-פֿאַרשידענהייט איבער דער אָרגאַניזאַציאָנס-פֿאָרמע פֿון דער פּרעסע.
„די געגנער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט און דער פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן האָבען וואָס ווייטער אַלץ שאַרפֿער אַרויסגעשטעלט די פֿאָדערונג, דאָס די „אַרבייטער צייטונג" זאָל אַרויסגעגעבען ווערען ניט פֿון אַ „פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן" נאָר פֿון דער גאַנצער אַרבייטער באַוועגונג, דורך דעלעגאַטען פֿון אָרגאַניזאָציאָנען, אויפֿ'ן זעלבען אופֿן ווי די „צוקונפֿט".
„אויפֿ'ן צד פֿון די געגנער האָט זיך געשטעלט אב. קאַהאַן. די באַציהונגען צווישען קאַהאַנ'ען אַלם רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" און דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן" זיינען שוין זייט אַ קורצע צייט פֿריהער ניט געווען אם בעסטען.
„זייערע געגענזייטיגע באַציהונגען זיינען נאָך פֿיינדליכער געוואָרען צוליב דעליאַנ'ען. דעליאַנ'ס איינפֿלום אין דער פּאַרטיי, ווי מיר האָבען געזעהן, איז אַלץ געוואַקסען. אב. קאַהאַן, אַזוי גוט ווי מאַנכע אַנדערע פּאַרטיי מיטגלידער, האָבען באַהויפּטעט, אַז זיין וואַקסענדער איינפֿלום איז שעדליך פֿאַר דער אַרבייטער באַוועגונג.
„אויף אַ גמיינשאַפֿטליכען מיטינג פֿון 2טען, 3טען, 4טען און 5טען אסעמבלי דיסטריקטען (אין 142 דילענסי סטריט), האָט קאַהאַן געוואָלט דורכפֿיהרען אַ רעזאָלוציאָן געגען דעם איינפֿלום פֿון דעניעל דעליאַן און געגען דער אָרט און וויזע, ווי אַזוי ער רעדאַקטירט דעם ענגלישען פּאַרטיי אָרגאַן „די פּיפּעל". קאַהאַן האָט אויפֿגעוויזען אויף סתם ניט אַנגענעהמע שטריכען פֿון דעליאַנ'ס כאַראַקטער — צו באַשמוצען אַ געגנער, צו באַנוצען זיך מיט אַלע מיטלען איהם צו באַגראָבען און אז. וו. קאַהאַנ'ס געגנער אין דער פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן האָבען טיילווייז בכיוון אונטערשטיצט דעליאַנ'ען, כדי ניט צו דערלאָזען דאָס קאַהאַנ'ס ראָלע אין דער באַוועגונג זאָל ווערען נאָך גרעסער (אַזוי האָבען באַהויפּטעט די געגנער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט).385„קאַהאַנ'ס רעזאָלוציאָן איז דאַרום צוריקגעוויזען געוואָרען. דאָס האָט נאָך מעהר אָפּגעפֿרעמדט קאַהאַנ'ען פֿון דער אסס'ן.
„דער פֿאַקט, אַז זאָגאַר קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", איז אַרויסגעטראָטען געגען דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אססאָסיאיישאָן", האָט נאָך פֿאַרגרעסערט די צאָהל פֿון איהרע געגנער. און די נעקסטע קאָנווענשאָן פֿון די אידישע אָרגאַניזאַציאָנען, די קאָנווענשאָן פֿון 1894 (קריסטמעס 1894 און ניי-יאָהר 1895, אין באָסטאָן) איז געווען נאָך שטורמדיגער ווי די נואַרקער.
„ביז אהער האָבען טראָץ די רייסערייען אַלע אידישע סאָציאַליסטען געאַרבייט פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג". אַלע מיטגלידער פֿון דער אססאָסיאיישאָן, אָהן אונטערשיד פֿון צד, צו וועלכען זיי האָבען באַלאַנגט, האָבען זאָגאַר געהאָלפֿען באַשאַפֿען אַ טעגליכע צייטונג — דעם „אַבענד בלאַט", צו באַקעמפֿען דעם שעדליכען איינפֿלום פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער צייטונג „טאַגעבלאַט".
„אין דער יוניאָן פֿראַגע — דערצעהלט בורגין — איז אב. קאַהאַן טיילווייז דאַן געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט, וואָרים ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע אַגיטאַטאָרס און אָרגאַניזאַטאָרס פֿון די אַרבייטער אין שניידער-פֿאַכען."
דיזע באַמערקונג איז געבויט אויף אַ מיספֿאַרשטעגדניס. דער פֿאַקט איז, אַז גראָד דערפֿאַר וואָס די יוניאָנס זיינען מיר געווען טייער, בין איך געווען געגען אַ טאַקטיק וועלכע וואָלט זיי געשעדיגט (אין דעם צווייטען באַנד, פֿיידזש 433—435, האָבען מיר געזעהן ווי דורך אַן עהנליכער יוניאָן-פֿראַגע איז אַרויסגעקומען אַ שפּאַלטונג אין אונזער פּאַרטיי. און שוין דאַן האָב איך זיך אויסגעשפּראָכען געגען דער ריכטונג, וואָס האָט אַטאַקירט די ניט-סאָציאַליסטישע386יוניאָנס). און עס איז אויך אַ פֿאַקט, אַז אין באַצוג צו יוניאָנס האָט די שעדליכקייט פֿון דעליאַנ'ם טאַקטיק זיך צוערשט ניט געלאָזט פֿיהלען. מיין אויפֿמערקזאַמקייט איז דאַן געווען פֿאַרנומען מיט דעליאַנ'ם ראָלע אין דער גאַנצער פֿאַרטיי. ספּעציעל צו דער אידישער באַוועגונג האָט מיין קאַמף געגען איהם צוערשט ניט געהאַט קיין שום שייכות.
איך בין נאָך דאַן געווען זעהר טעטיג אין דער אַלגעמיינער פּאַרטיי. איך פֿלעג אָפֿט האַלטען לעקטשורם אין דער אַמעריקאַנער (דאָס הייסט, אין דער ענגליש-ריידענדער) סעקציאָן פֿון ניו יאָרק. איך בין געווען אַ מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַל-עקזעקוטיוו פֿון דער פּאַרטיי און, ווי עס איז שוין דערמאָנט געוואָרען, האָב איך פֿאַר דער עקזעקוטיוו קאָמיטע געמאַכט אַ לעקטשור-טור איבער עטליכע סטייטם.
פֿון דער נאַטור האָב איך ווייניג אינטערעם אין ביזנעם-מיטינגען. דאָך אין די ביזנעס-מיטינגען פֿון דעם נאַציאָנאַל-עקזעקוטיוו קאָמיטעט, פֿון וועלכען איך בין דאַן געווען אַ מיטגליד, האָב איך אין יענע פֿאַר יאָהר גענומען אַ לעבעדיגען אַנטייל. איך פֿלעג פֿאַרברענגען פֿילע שטונדען אין דעם אַמעריקאַנער לייבאָר ליסעאום (אין 64 איסט 4טע סטריט* צווישען די ענגליש-ריידענדע גענאָסען. און דענסמאָל איז פֿאָרגעקומען אַ רייהע שטורעמדיגע פֿאַסירונגען אין וועלכע דעליאַן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור און מיט וועלכע מען איז אין דער אידישער באַוועגונג געווען ווייניג באַקאַנט.
ל. מילער איז שוין דאַן געווען אַ לאָיער און געקענט ענגליש. צו דער אַמעריקאַנער באַוועגונג האָט ער דאַן אָבער אַלץ קיין שייכות ניט געהאַט. און מאָרים הילקאָוויץ איז אין יענע פֿאַר יאָהר סתם ניט געווען טעטיג. ער פֿלעגט פֿון צייט צו צייט שרייבען אַן אַרטיקעל אין דעם זשורנאַל „צוקונפֿט", אָדער אין דער „אַרבייטער צייטונג", אָבער אויף די מיטינגען פֿלעגט מען387איהם ניט זעהן — ניט אויף די אידישע, און ניט אויף די ענגלישע.
אזוי ווי בורגין׳ס געשיכטע האָט צו טאָן מיט דער אידישער באַוועגונג, איז וועגן דיזער זייט פֿון דער לאַגע בי איהם פֿאַראַן גאַנץ ווייניג. מיר פּערזענליך אָבער איז דאָס געווען נוגע מעהר ווי אַלעם אַנדערעם.
וואָס אַנבאַטרעפֿט, אַלזאָ, מיין ראָלע אין דער שפּאַלטונג וואָס האָט זיך גענומען ענטוויקלען אין דער אידישער באַוועגונג, וואָלט אונמעגליך געווען איהר צו ערקלערען, ווען דער לעזער זאָל ניט זיין באַקאַנט מיט דעם כאַראַקטער פֿון דעליאָן׳ס הערשאַפֿט אין אונזער באַוועגונג אין יענער צייט. דיזע הערשאַפֿט האָט געהאַט אַזאַ שטאַרקע ווירקונג און איהר איינפֿלוס האָט איבערגעלאָזען אַזעלכע טיפֿע סליאַדען, אז עס האָט זיך געבילדעט אַ וואָרט „דעליאָניזם", וועלכער איז געווען אין געברויך בי צוואָנציג יאהר.
דעליאָן איז געווען פֿיל עלטער פֿאַר מיר, אָון צוערשט האָב איך צו איהם געהאַט רעספּעקט. איך האָב געהאָלפֿען איהם פּאָפּולער מאַכען. אונזערע אידישע „סעקציאָנען" זיינען שוין דאן געווען אַ וויכטיגע טייל פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג; האָב איך איהם געפֿיהרט אויף אידישע פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער פּאַרטיי און פֿון די יוניאָנס און איהם פֿאָרגעשטעלט פֿאַר די געמאַסען. איך האָב אַלעמען ערקלערט וואָס פֿאַר אַ געווינס ער איז פֿאַר אונז און איך האָב געזעהן אז מען זאָל איהם איינלאַדען אויף לעקטשורס און אויף רעדעס און איהם שענקען די גרעסטע אויפֿמערקזאַמקייט.
איינינגע שטריכען פֿון זיין כאַראַקטער האָבען גלייך געמאַכט אַן אונאַנגענעמען איינדרוק. אויף דעם מיטינג, וואו ער האָט געהאַלטען זיין ערשטע לעקטשור איבער דער מאַרקסיסטישער טעאָריע, האָבען מיר געזעהן ווי ער האָט אויף אַן אונאַנשטענדיגען אופֿן איבערגעדרעהט דעם נאַמען פֿון אַ דעבאַטאַנט אום יענעם צו באַליידיגען. שפּעטער האָב איך באַמערקט, אז ער האָט איבערהויפֿט ליב איבערצודרעהען נעמען און פֿון דעם אדער יענעם חוזק צו מאַכען. איך האָב אָבער אַלץ ניט געשאַנקען קיין388אויפֿמערקזאַמקייט דערצו. אונזערע באַציהונגען זיינען דורכאויס געווען אַנגענעמע און נאָהענטע.
ווען איך בין מיט איהם צוזאַמען געווען אויף דעם צוריכער קאָנגרעס, זיינען דאָרטען פֿאָרגעקומען אַ פּאָר צוזאַמענשטויסען צווישען אונז. יעדערס מאָל האָט זיך אַרויסגעוויזען אַ געוויסער סאָרט קלייגליכקייט פֿון זיין זייט. איך האָב אָבער אַלץ ניט געלייגט קיין געוויכט אויף דעם. בי זיין אָפּרייזען פֿון צוריך (ער האָט זיך אומגעקערט קיין ניו יאָרק פֿריהער פֿאַר מיר), האָבען מיר זיך געזעגענט ווי פֿריינד. און שפּעטער, ווען איך בין געקומען צוריק קיין ניו יאָרק, האָבען מיר דעם זעלבען טאָג געהאַט דינער צוזאַמען (אין „קאַפֿע בולוואַר", אויף דער צוויטער עוועניו און צעהנטער סטריט).
אויבען איז דערמאָנט געוואָרען ווי דעליאָן און איך זיינען געגאַנגען עסען לאָנטש אין אַ רעסטאָראַן, נאָכדעם ווי מיר האָבען באַזוכט דעם מעיאָר פֿון ניו יאָרק. אויף דיזען לאָנטש איז געקומען צו רייד וועגען דעם איטאַליענער אַנאַרכיסט מערלינא. דעליאָן האָט איהם גערופֿען „מעמברינאַ" , אַ נאָמען וועלכער ווערט דערמאָנט אין דעם באַריהמטען ראָמאַן „דאָן קיכאָט", וואו ער איז פֿאַרבונדען מיט אַ שפּאַם. איך האָב איהם פֿאַרריכט, אָבער ער האָט איהם ווידער גערופֿען מעמברינאַ. ער האָט גענומען מאַכען חוזק פֿון איהם. איך האָב ערקלערט אז מערלינא איז אַ סימפּאַטישער מענש און אז ער רופֿט אַרוים רעספּעקט ניט נאָר בי אַנאַרכיסטען, נאָר בי סאָציאַליסטען אויך. דעליאָן האָט זיך צולאַכט און געזאָגט, אז איך בין צו-סענטימענטאַל. שפּעטער, אין פֿאַרלויף פֿון דעם זעלבען געשפּרעך אונזערען, איז געקומען צו רייד וועגען עדוואַרד קינג׳ן.
— אָ, דער פֿייקער! — האָט ער אויסגערופֿען. איך בין ערשטוינט געוואָרען.
— גענאָסע דעליאָן, איך מוז אייך בעטען ניט צו ריידען אזוי וועגען דיזען מאַן צו וועמען מיר אַלע פֿון דער רוסישער קאָלאָניע האָבען נאָר רעספּעקט. ער איז איינער פֿון די בעסטע מענשען אין ניו יאָרק.389— עה, סייהען, סייהען! (אזוי פֿלעגט ער אויסריידען מיין נאָמען) איהר זייט נאָך גאָר יונג, — האָט ער געענטפֿערט.
דיזע קליינינגקייטען האָבען ניט קיין דירעקטע שייכות צו די פּאַסירונגען, וועגען וועלכע מיר האָבען אויבען גערעדט. זיי האָבען אָבער אַ שייכות צו אַ כאַראַקטער-בילד פֿון דעליאָן׳ען און צו דער געשיכטע ווי אזוי צווישען אונז האָבען זיך ענטוויקעלט פֿיינדליכע באַציהונגען.
דער טראָבעל אין דער אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿון דער פּאַרטיי האָט זיך אָנגעפֿאַנגען צוליב אַ סאָציאַליסט מיט׳ן נאָמען טשאַרלס סאָטהערן — אַ הויכער, דיקער, פֿרעהליכער, גוטמוטיגער ענגלענדער. זיינע לעצטע סענטען פֿלעגט ער אַוועקגעבען אויף דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. זיין פּריוואַטע באַשעפֿטיגונג איז באַשטאַנען אין קאַטאַלאָג-אַרבייט פֿאַר ביבליאָטעקען. ער איז געווען אַ ספּעציאַליסט אויף דעם.
אַלע האָבען איהם געליבט, און צוערשט איז דעליאָן אויך געווען איינער פֿון זיינע וואַרימסטע פֿריינד. ער, דעליאָן, האָט מיר אַמאָל געזאָגט וועגען איהם: „אָה, הי איז טרו עז סטיעל" (ער איז סאָליד און ראיעל ווי שטאָל).
דאָרף זיך אָבער טרעפֿען אזוי געשיכטע: טשאַרלס סאָטהערן איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ זשורנאַל, אָדער זאַמעלבוך, וואָס מען האָט אַרויסגעגעבען צו אַ פּיקניק צו גונסטען פֿון דער באַוועגונג; און אין דיזען זשורנאַל האָט ער אין די נאָטיצען, דורך אַ פֿאַרזעהן, אַרויסגעלאָזען דעליאָן׳ס נאָמען. דעליאָן איז דאַן געוואָרען זיין שונא און האָט אָנגעפֿאַנגען איהם צו פֿאַרפֿאָלגען.
סאָטהערן איז געווען דער פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ בוך איבער דעם באַריהמטען אַמעריקאַנער זשורנאַליסט האָריים גריילי. האָט דעליאָן געהאַלטען אַ לעקטשור, אין וועלכער ער האָט געפּרופֿט באַווייזען, אז דער בוך איז אַנטי-סאָציאַליסטיש, און דערבי האָט ער סאָטהערן׳ען אַטאַקירט פּערזענליך. איך בין געווען אויף דער לעקטשור און האָב גענומען דאָס וואָרט אין די דעבאַטען. איך האָב געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע אונגעפֿעהר: „מען קען מיט390סאָטהערן׳ען אפֿשר דעבאַטירען אין באַצוג צו דער טעאָרעטישער זייט פֿון זיין סאָציאַליזם; ער איז אָבער דאָך אַ גוטער סאָציאַליסט, אַמת טריי דער באַוועגונג, און זיין בוך ענטהאַלט אַ סך גוטע שמאָף. זיינע טעאָרעטישע טעות׳ן, ווידער, קעגנען דער פּאַרטיי קיין שאָדען ניט טאָן. יעדענפֿאַלס, אויב מען זאָל אפֿילו זיין איינפֿאַרשטאַנען מיט דעליאָן׳ס קריטיק אויף׳ן בוך, קען מען אָבער אויף קיין אַרט זיך ניט צופֿרידענשטעלען מיט דעם טאָן וואָס ער געברויכט וועגען גענאָסע סאָטהערן פּערזענליך."
דיזע קורצע רעדע האָב איך געהאַלטען אָהן ביטערניס, און אונזערע פֿריינדליכע באַציהונגען האָבען אַלץ אָנגעהאַלטען.
דעליאָן איז אָבער אין זיין פֿאַרפֿאָלגונג פֿון סאָטהערן געגאַנגען ווייטער.
אַלס רעדאַקטאָר פֿון אונזער פּאַרטיי-אָרגאַן „דהי פּיפּל" (אזוי האָט איצט געהייסען דער פֿריהערדיגער „וואָירקמענ׳ס עדוואָקעיט"), האָט ער אויפֿגעשריבען אַן עקעלהאַפֿטען נאָטיץ געגען סאָטהערן׳ען. ער האָט איהם איבערגעקרימט און געמאַכט צו שפּאָט. מיט׳ן נאָמען האָט ער איהם דאָרטען ניט אָנגערופֿען. פֿילע האָבען אָבער דערקענט וועמען ער מיינט און אַלע זיינען געווען אויפֿגעבראַכט.
מען דאָרף באַמערקען, אז סאָטהערן איז דאַן געווען אַ מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַלער עקזעקוטיוו קאָמיטע פֿון אונזער פּאַרטיי. די פֿראַגע איז אויפֿגענומען געוואָרען אויף אַן אַלגעמיינעם מיטינג פֿון דער פּאַרטיי, וועלכער איז אָפּגעהאַלטען געוואָרען אין אַ שבת-צו-נאַכט, אין דעם אַמעריקאַנער לייבער ליסעאָום (אין 64 איסט פֿערטע סטריט). ס׳איז געווען אַ גרויסער מיטינג. איך האָב גענומען דאָס וואָרט. אין העפֿליכע אָבער שאַרפֿע אויסדרוקען האָב איך קריטיקירט דעליאָן׳ס פֿאָרשטעלטע אַטאַקע. „אויב מען קען אזוי באַהאַנדלען אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי׳ס נאַציאָנאַל עקזעקוטיוו אין דעם פּאַרטיי-אָרגאַן גופֿא, דאַן איז דאָס אַ הפֿקרוועלט, וואו מען קען אָפּטאָן אַלץ וואָס מען וויל!" — האָב איך אויסגעשריען. אין פֿאַרלויף פֿון מיין רעדע האָב איך דעליאָן׳ען דערמאָנט, אז ער האָט וועגען סאָטהערן׳ען געזאָגט אז ער איז „טרו עז סטיעל".391— „איט איז נאָט טרו" (עס איז ניט אמת) — האָט דעליאָן אויסגעשריען.
ער איז געזעסען מיט עטליכע ציילען הינטער מיר, האָב איך זיך אומגעקערט צו איהם און געזאָגט:
„איף דהיס איז נאָט טרו, דהען יו אר אַ ליאר, ענד יו נאָו איט!" (אויב דאָס איז ניט אמת, דאַן זייט איהר אַ ליגנער, און איהר ווייסט עס גאַנץ גוט).
עס איז געוואָרען אַ מהומה. פֿילע פֿון די אָנוועזענדע זיינען פֿון מיין וואָרט „ליאר" געוואָרען אויפֿגעבראַכט. דער טשערמאַן האָט ערקלערט, אז מיין רעדנער-צייט איז שוין פֿאַראיבער, און ער האָט גענומען קלאַפֿען מיט זיין האַמער. דאַן האָט דער אויבענדערמאָנטער מאיר גיליס, וועלכער איז אָנוועזענד געווען אויף׳ן מיטינג, געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג, אז מען זאָל מיר פֿאַרלענגערען די צייט, און דאָס איז דורכגעגאַנגען. איך האָב פֿאָרטגעזעצט אין דעם זעלבען טאָן. איך האָב גערעדט וועגען סאָטהערן׳ס טרייהייט צו דער פּאַרטיי און וועגען זיין סימפּאַטישען כאַראַקטער, און איך האָב אָנגעוויזען ווי אונסימפּאַטיש און געפֿעהרליך עס זיינען פֿאַר אונזער פּארטיי דעליאָן׳ס פֿאַרפֿאָלגונגען צוליב פּערזענליכע אורזאַכען און זיינע מעטאָדען אין אַלגעמיין.
גיליס, וועלכער האָט מיט אַ געוויסער צייט פֿריהער געמופֿט פֿון פֿילאַדעלפֿיא קיין ניו יאָרק, איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער „אַרבייטער-צייטונג פּאָבלישינג אסאָסיאיישאָן" און פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראָט. ער איז אָבער געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט מיר. אין זאַל זיינען אויך געווען איינינע דייטשע גענאָסען, אויף וועמען דעליאָן האָט געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק, און זיי האָבען גיליס׳עס פֿאָרשלאַג צו פֿאַרלענגערען מיין רעדנער צייט אונטערשטיצט. איך גלויב אָבער, אז אַ מאיאָריטעט איז אין יענעם מאָמענט געווען געגען דעם. דאָך האָבען פֿילע פֿון זיי געשטימט, אז מען זאָל מיר לאָזען ווייטער ריידען. אויף ביצווואוינען אַ פֿאַקט געפֿינען זיך אימער בעלנים*.392צווישען די גענאָסען, וואָס האָבען דאַן אונטערשטיצט גיליס׳עס פֿאָרשלאַג, זיינען געווען צוויי דייטשען — וואָרימע חברים צווישען זיך. זייערע נעמען האָבען זיך געגראַמט: איינעם האָט מען גערופֿען סאָיער און דעם צווייטען — באָיער. איינעם אָהן דעם אַנדערען האָט מען כמעט קיינמאָל ניט געזעהן. מען האָט זיי באַטראַכט אַלס אַ מין גייסטיגען צווילינג, און זייערע גראָב-נעמען האָבען זיך גראָד געפֿאַסט דערצו.
זיי זיינען געווען איינפֿאַכע, עהרליכע, טיף-איבערגעבענע סאָציאַליסטען, ניט אָהן אַ געוויסען הומאָר-געפֿיהל, און זיי זיינען געווען אַלגעמיין באַליבט. אין דעם אַנטי-דעליאָן קאַמף, וועלכער האָט זיך שנעל ענטוויקעלם, זיינען זיי אימער געווען אויף דער אַנטי-דעליאָניסטישער זייט, און יעדער וואָס געדענקט יענעם קאַמף, געדענקט אויך דעם אַנטייל פֿון דיזען סימפּאַטישען „צווילינג" אין איהם.
די פֿאַרזאַמלונג איבער דעליאָן׳ס סאָטהערן אַרטיקעל האָט זיך געענדיגט אָהן דירעקטע רעזולטאַטען. אָבער אויף דיזער פֿאַרזאַמלונג, דורך מיין אָפֿענעם אַרויסטרעטען געגען דעליאָן׳ס מעטאָדען, האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער קאַמף געגען איהם, וועלכער האָט זיך זינט דאַן פֿאַנאַנדערגעוואַקסען. מיין רעדע יענעם אָוונט איז געווען דער ערשטער שאָס געגען דעם דעליאָניזם אין דער לאַנגער רייהע פֿון שלאַכטען וועלכע האָבען זיך געצויגען עטליכע יאָהר און וועלכע זיינען ענדליך געקרוינט געוואָרען מיט אַ זיג.
נאָך דער פֿאַרזאַמלונג, וועגען וועלכער דאָ איז דערצעהלט געוואָרען, איז די סאָטהערן געשיכטע ספּעציעל אויפֿגענומען393געוואָרען פֿון דער אַמעריקאַנער סעקשאָן. איך האָב געהאַט אַ האַנט אין דעם. אום אָבער מען זאָל ניט זאָגען, אז די גאַנצע געשיכטע שטאַמט פֿון מיר, בין איך אויף דעם מיטינג ניט געווען אָנוועזענד.
מען האָט אויפֿגעפֿאָדערט דעליאָן׳ען צו ערקלערען פֿאַרוואָס ער געברויכט אין „דהי פּיפּל" אזוי פֿיל שימף-ווערטער און אונאנשטענדיגע איבערדרעהענישען פֿון נעמען, און פֿאַרוואָס ער אַטאַקירט אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיוו קאָמיטע. אין זיין ענטפֿער האָט ער, כלומרשט מיט אַ טאָן פֿון שפּאָט, געפֿראָפֿט די גאַנצע פֿראַגע מאַכען צו קליינגעלם. „ווער זאָגט עס, אז איך האָב געמיינט סאָטהערן׳ען אין דיזען אַרטיקעל? — האָט ער געזאָגט מיט אַ שמייכעל—אָט זאָגען איינינע, אז איך האָב געמיינט טהאָמאַס וויקמאַן׳ען" (אַ פֿרייגעזיננענער אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט, וועלכער איז אַ לאַנגע צייט געווען דער פּרעזידענט פֿון׳ם „ליבעראַל קלאָב". קיין סאָציאַליסט איז ער ניט געווען. ער איז אָבער געשטאַנען נאָהענט צו אונז). דעליאָן האָט גענומען ליינען דעם דערמאָנטען נאָטיץ, פֿראַזע נאָך פֿראַזע, און בי יעדער פֿראַזע האָט ער געפּרופֿט ווייזען, אז זי קען געהן אויף וויקמאַן׳ען, ניט אויף סאָטהערן׳ען.
אין מיטען פֿון זיין ליינען איז אויפֿגעשפּרונגען אַן אַמעריקאַנער גענאָסע מיט׳ן נאָמען עבערט.
— וואָרט אַ וויילע, גענאָסע דעליאָן! — האָט ער פֿראָטעסטירט — איהר האָט דאָך דאַ איבערגעהיפֿט אַ שורה און אַ האַלב.
עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, אז ווען דעליאָן האָט געלעזען, האָט עבערט געהאַלטען אַ „פּיפּל" און נאָכגעפֿאָלגט. די ווערטער, וועלכע דעליאָן האָט איבערגעהיפֿט, זיינען באַשטאַנען אין דעם, דאָס דער מאַן וועמען ער האָט אַטאַקירט איז אַ פּאָר מאָל אַרויסגעטראָטען פֿון דער פּאַרטיי און צוריק אין איהר אַריינגעטראָטען. וויקמאַן איז קיין מאָל ניט געווען קיין מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי. אלזאָ, האָבען די דאָזינע ווערטער זיך צו איהם ניט געפּאַסט. זיי האָבען זיך געפּאַסט נאָר צו סאָטהערן. דעריבער האָט דעליאָן זיי איבערגעהיפֿט.
די סצענע האָט געמאַכט אַן אונאַנגענעמען איינדרוק אויף394אַלע אָנוועזענדע. אָבער אָננעמען אַ רעזאָלוציע געגען דעליאָן׳ען האָט מען ניט געהאַט קיין מוט.
אין אַ פּאָר וואָכען אַרום, אין אַ פֿרייטאָג-צו-נאַכט, איז פֿאָרגעקומען אַ געשעפֿטס-מיטינג פֿון דעם אַמעריקאַנער ברענטש און איך בין געווען אָנוועזענד. „דהי פּיפּל". פֿון יענער וואָך האָט ענטהאַלטען אַ נאָטיץ אין באַצוג צו אַ געוויסער פֿאַרזאַמלונג וואָס דעליאָן האָט אַדרעסירט אויף יוניאָן סקווער. די פֿאַרזאַמלונג איז געווען שלעכט באַזוכט. אלזאָ האָט דעליאָן געדרוקט אזאַ נאָטיץ:
„עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אז טערענס פּאָודערלי, וועלכער געפֿינט זיך גראָד איצט אין ניו יאָרק, וועט זיין איינער פֿון די רעדנער; און דאָס האָט צוריקגעהאַלטען די מאַסען."
פּאָודערלי איז געווען דער גרינדער פֿון די „נייטס אָוו לייבאָר" (אַ פֿאַראייניגונג פֿון טרייד יוניאָנס), וועלכע האָט אַ הובשע צייט געהאַט אַן אונגעהייערע מאַכט אין די פֿאַראייניגטע שטאַאטען. סעמיועל גאָמפּערס האָט זיין „אַמעריקען פֿעדערייישאָן אָוו לייבאָר" געגרינדעט שפּעטער, אלס אָפּאָזיציע צו די „נייטס אָוו לייבאָר" און גאָמפּערס האָט געהאָט ערפֿאָלג. די „נייטס אָוו לייבאָר" האָבען דאַן ביסלעכווייז פֿאַרלאָרען זייער באַדייטונג. אָבער אין די ערשטע יאָהרען האָבען זיי געשפּילט אַ גרויסע ראָלע, און פּאָודערלי איז געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע מענשען אין אַמעריקא. שפּעטער איז אַן אַנדערער ערוועהלט געוואָרען אויף זיין פּלאַץ. אָבער די אָרגאַניזאַציע האָט שוין דאַן קיין ממשות ניט געהאַט. אין דער צייט וועגען וועלכער מיר ריידען דאָ, האָט פּאָודערלי געוואואינט אין וואַשינגטאָן, וואו ער האָט געהאַט אַ רעגירונגס-שטעלע. מיט דער אַרבייטער-באַוועגונג איז ער שוין ניט געווען פֿאַרבונדען; זיין נאָמען איז אָבער אַלץ געווען גוט באַקאַנט.
איך האָב גענומען דאָס וואָרט און געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע: „דעליאָן איז אַ גוטער רעדנער. געוועהנליך ציהט ער אַ קראָוד. דיזען מאָל איז זיין מיטינג ניט געווען גוט באַזוכט. דאָס קען אָבער טרעפֿען מיט דעם בעסטען רעדנער אין דער וועלט. גענאָסע דעליאָן האָט אָבער געהאַלטען פֿאַר נויטיג צו ערקלעהרען אין „דהי395פּיפּל" פֿאַרוואָס זיין פֿאַרזאַמלונג איז ניט געווען גוט באַזוכט. און ווי אזוי האָט ער דאָס געטאָן? ער זאָגט, אז עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אז פּאָודערלי וועט קומען און אז דאָס האָט צוריקגעהאַלטען די מאַסען. יעדער פֿאַרשטעהט, אז אַזאַ קלאַנג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרייט און האָט זיך ניט געקענט פֿאַרשפּרייטען. ווי קומט פּאָודערלי צו אַ סאָציאַליסטישען מיטינג? עס איז איינפֿאַך לעכערליך, אָבער דאָס איז ניט אַלץ. ווען עס וואָלט אַנאָנסירט געווען אז פּאָודערלי וועט ריידען, וואָלט דוקא געקומען אַ גרויסער עולם. ערשטענס, וואָלטען איהם געקומען הערען פֿילע פֿון זיינע אָנהענגער, און צווייטענס, וואָלטען אפֿילו סאָציאַליסטען אויך געקומען, אויס נייגעריגקייט. עס איז אַ קינדערשער תירוץ. יעדער קען זעהן, אז ס׳איז ניט אמת. מיט אזעלכע מעטאָדען מאַכט מען „דהי פּיפּל" נאָר צו שפּאָט."
אַלעקסאַנדער יאָנאַס, וועלכער איז געזעסען לעבען מיר, האָט גענומען דאָס וואָרט נאָך מיר. ער האָט קריטיקירט דעליאָן׳ס מעטאָדען אַלס רעדאַקטאָר אין אַלגעמיין.
ווען דעליאָן האָט געהאַט דאָס וואָרט צו ענטפֿערען האָט ער אָנגעפֿאַנגען אזוי:
— לייקענט גענאָסע קאַהאַן, אז פּאָודערלי איז אַ לומפּ?
— וואָס האָט דאָס צו טאָן מיט דער פֿראַגע? — האָב איך געפֿרעגט.
— אַהאַ, ער גיט צו, אז פּאָודערלי איז אַ לומפּ! ווייטער: גיט גענאָסע קאַהאַן אויך צו, אז ווען אַ לומפּ ווערט אַנאָנסירט אַלס רעדנער, דאַרפֿען אַנשטענדיגע מענשען פֿון אזאַ מיטינג ווייכען?
די פֿראַגע איז ניט אויב ניט מען דאַרף ווייכען — האָב איך געענטפֿערט — דער פֿאַקט איז, אז מען ווייכט ניט.
— אַהאַ, קאַהאַן גיט צו, אז מען דאַרף ווייכען פֿון אַ לומפּ און דאָך ווען מען שרייבט דאָס אין אַ סאָציאַליסטישען אָרגאַן געפֿעלט איהם ניט.
און דיזע ביליגע, קינדערש-ביטרע דריידעל האָט אַרויסגערופֿען אַן אַפּלאָדיסמענט! איך בין ערשטוינט געוואָרען. די העננט396האָבען זיך ביי מיר אַראָפּגעלאָזען. יאָנאָס האָט זיך ביטער צורלאַכט: „נו, וואָס קען מען מאַכען?”—האָט ער צו מיר געזאָגט.
די זיגען וואָס דעליאָן האָט געהאַט האָבען איהם געטריבען אַלץ ווייטער, ביז ער האָט אָנגעגעבען אַ פֿאָרמעלע קלאַנגע געגען סאָטהערן׳ען מיט אַ פֿאָדערונג, אַז מען זאָל איהם אויסשליסען פֿון דער פּאַרטיי. ער האָט אויפֿגעשריבען אַ לאַנגע רייהע מיט איינצעלהייטען (באַשולדיגונגען). איינע פֿון זיי האָט געלויטעט: „מיסאַפּראָפּריאיישאָן אָוו פּאָרטי פֿאָנדס”. איינפֿאַך גערעדט, הייסט עס, אַז סאָטהערן האָט צוגענומען פּאַרטיי-געלט.
די קלאַנגען זיינען אויסגעהערט געוואָרען פֿון דער עקזעקוטיוו קאָמיטע, וועלכע איז מייסטענס באַשטאַנען פֿון דייטשע אַרבייטער (איך בין שוין דאַן קיין מיטגליד ניט געווען). זיי זיינען הויפּטזעכליך געווען פֿאַראינטערעסירט אין דעם „מיסאַפּראָפּריאיישאָן” פּונקט. אַז דער עהרליכער סאָטהערן זאָל באַשולדיגט ווערען אין אַזאַ זאַך, איז פֿאַר זיי געווען אַן ערשטוינענדע נייעס. דעליאָן האָט דיזע באַשולדיגונג אָבער אוועקגעשטעלט צום סוף, און מען האָט צוערשט גענוזט אויסהערען גיפֿטיגע רעדעס וועגען אַנדערע „פֿאַרברעכענס” אין וועלכע ער האָט סאָטהערן׳ען אָנגעקלאָגט.
ענדליך איז מען צוגעקומען צו דער לעצטער און שווערסטער באַשולדיגונג. דעליאָן האָט זיך געשטעלט אין דער פּאָזע פֿון אַ פּראָקוראָר, פֿול מיט ערנסטקייט, פֿול מיט צאָרן, און גענומען פּלאַקערען. דער עיקר פֿון זיין „צאָרנדיגער” רעדע איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
זונטאָג אָוונט האַלט דער אַמעריקאַנער ברענטש אָפּ לעקטשורס אין נומער 8 יוניאָן סקווער. נאָך די לעקטשורס קומען פֿאָר דעבאַטען. אין אַזאַ און אַזאַ זונטאָג האָט סאָטהערן גענומען דאָס וואָרט אַלס איינער פֿון די דעבאַטאַנטען. ער האָט געהאַלטען אַ רעדע וועלכע איז געווען דורכאויס „פּאָפּוליסטיש”, ניט סאָציאַליסטיש. מיט דיזער רעדע האָט סאָטהערן פֿאַרנומען צוואַנציג מינוט. דער האַל קאָסט זעקס דאָלאַר פֿאַר דריי שטונדען;397ס׳הייסט, אַלזאָ, אַז סאָטהערן האָט אַוועקגעגנב׳עט ביי דער פּאַרטיי זיבעציג סענט.
איניגע פֿון די מיטגלידער פֿון דער עקזעקוטיוו קאָמיטע זיינען געוואָרען אויפֿגעבראַכט פֿון דיזער קינדערשער באַשולדיגונג. מען האָט סאָטהערן׳ען ניט אויסגעשלאָסען. ער האָט אָבער אַליין אויפֿגעהערט צו באַזוכען די מיטינגען. דעליאָן האָט איהם פֿון דער פּאַרטיי פֿאַרטריבען.
„דהי פֿיפּל” איז געווען פֿול מיט גיפֿט און מיט גאַל, מיט עקעלהאַפֿטע אַטאַקעס אויף סימפּאַטישע מענשען.
פֿילע פֿון די גענאָסען האָבען דאָס ניט געקאָנט פֿאַרטראָגען. עס איז אויסגעוואַקסען אַן אַנטי-דעליאָן ריכטונג.
דעליאָן האָט זיך גע׳חבר׳ט מיט יונגאַ פּאַכט׳ן, וועלכען איך האָב דערמאָנט אין דעם צווייטען באַנד. דיזער פּאַכט — אַ דייטש פֿון עטליכע און דרייסיג יאָהר, מיט אַ פֿיגור און אַ געזיכט פֿון אַ אינגעל, אַ געבילדעטער, אַ טאַלקאַווער, אַ פּעהינגער — איז געווען אַ בעסערער מענש ווי דעליאָן און ער האָט געהאַט מעהר טאַקט ווי ער. און דאָך האָט ער איהם געשטיצט. דאָס איז פֿאַר מיר אימער געווען אַ רעטעניש. אַז אין האַרצען האָט ער צו דעליאָן׳ען ניט קיין רעספּעקט — דאָס האָב איך געוואוסט. איין מאָל, צום ביישפּיל, האַלב אויף שפּאַס, האָט ער מיר געזאָגט אין דעליאָן׳ם אנוועזענהייט, אַז דעליאָן איז גאָר ניט קיין קריסט, נאָר אַ האָלענדישער איד; און אַז זיין אמת׳ער נאָמען איז גאָר וואָן-דער-לעוע (דעליאָן איז אַ שפּאַנישע איבערזעצונג פֿון „וואָן-דער-לעוע”). דעליאָן האָט דאָס דאַן אָנגענומען פֿאַר אַ שפּאַס. אַ פּאָר טעג שפּעטער אָבער האָט ער זיך גענומען די מיה מיר צו באַווייזען, אַז ער איז ניט קיין איד*. נאָך אַלעמען, בין איך קיין מאָל ניט געווען איבערצייגט צי ער איז אַ איד צי ניט.
398[טאָפּיק] איך ברענג פֿאָר די דעליאָן פֿראַגע פֿאַר די אידישע גענאָסען און פֿאַל דורך. — דעליאָן׳ם כאַראַקטער. — זיין מאַכט און זיינע מעטאָדען.
די סאָטהערן געשיכטע איז מיר בוכשטעבליך פֿון זינען ניט אַרויס. די פּאַרטיי איז געווען מיין וועלט, מיין לעבען. און דאָ האָב איך געזעהן ווי פֿון אַ הייליגטום ווערט זי פֿאַרוואַנדעלט אין אַ נעץ פֿון אינטריגעם און ליגענס, אין אַ אינקוויזיציע פֿון ווילדען פֿאַנאַטיזם און זינלאָזע פֿאַרפֿאָלגונגען.
די אידישע גענאָסען זיינען מיט דעם אמת׳ען כאַראַקטער פֿון דעליאָן׳ס ראָלע נאָך ניט געווען באַקאַנט. אַלץ וואָס איך האָב דאָ אויבען דערצעהלט וועגען זיינע מעשים איז פֿאָרגעקומען אין דער ענגליש-ריידענדער טייל פֿון דער באַוועגונג, און זי איז פֿאַר זיי געווען אַזוי ווי אַ באַזונדערע וועלט. איך בין געווען דער איינ-ציגער, וואָס האָט געהערט צו די ביידע וועלטען — צו דער אַמעריקאַנער און צו דער אידישער.
וועגען דער סאָטהערן אינטריגע האָבען די אידישע גענאָסען געהאַט אַ גאַנץ אַלגעמיינעם און אונדייטליכען באַגריף, און זי האָט זיי ווייניג אינטערעסירט. און ווען זיי האָבען געהערט, אַז
עס איז זעהר מעגליך, אַז דעליאָן האָט געהערט צו דיזער אידישער דעלעאָן פֿאַמיליע, און פֿילייכט האָט מען איבערזעצט זיין נאָמען אויפֿ׳ן האָלענדישען שטייגער: וואָן-דער-לעוע.
אין האָלאַנד און אין איהרע קאָלאָניעם האָבען זיך געפֿונען פֿאַרטוגעזישע אידען, און דעלעאָן איז אַ שפּאַניש-פֿאַרטוגעזישער נאָמען, וועלכען פֿילע אידען האָבען געהאַט.399איך באַקעמפֿ דעליאָן׳ען, האָט דאָס אויף זיי געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק. זיי האָבען נאָר געוואוסט איין זאַך: דעליאָן איז דער לידער פֿון דער פּאַרטיי; אַלע אָפּלאָדירען איהם און איך באַקעמפֿ איהם.
דעליאָן איז מיט צונויפֿגעלייגטע הענט ניט געזעסען. ער האָט געטאָן וואָס ער האָט געקענט אונזער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט צו באַאיינפֿלוסען געגען מיר.
אין אונזער אידישען לייבאָר ליסעאום, אין 91 דילענסי סטריט, פֿלעגען אַריינגעהן צוויי ברידער, ענגלישע אידען, וועלכע האָבען דעליאָן׳ען פֿאַרגעטערט. האָבען זיי איצט צווישען אונזערע אידישע גענאָסען געאַרבייט אַלס דעליאָן׳ם אַגענטען. ווען איך האָב געפּרובט באַווייזען די מיטגלידער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט ווי שעדליך דעליאָן איז, האָב איך באַגעגענט אַ פֿיינדליכע האַלטונג.
מיט איין מיטגליד פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט האָב איך, דורך אַזאַ געשפּרעך, זיך שטאַרק צוווערטעלט.
איך האָב באַשלאָסען די דעליאָן פֿראַגע פֿאַרצוברענגען אויף דעם מיטינג פֿון די פֿיר אידישע דיסטריקטען, וועגען וועלכע באָרגין דערצעהלט. איך האָב געוואָלט דורכפֿיהרען אַ רעזאָלוציע געגען דעליאָן׳ס טאַקטיק. איך האָב ערוואַרט אַן אָפּאָזיציע. איך האָב זאָגאַר געצווייפֿעלט אויב איך וועל קריגען אַ מאַיאָריטעט. איך האָב זיך אָבער ניט געקענט באַרוהיגען.
ווען איך בין אַוועק פֿון שטוב, געהענדיג צום מיטינג (ס׳איז געווען אַ פֿרייטאָג אָוונט), האָב איך געזאָגט צו מיין פֿרוי אויף ענגליש: „אַי עם גאָוואינג טו ראַיד פֿאַר אַ פֿאַלל” (דאָס הייסט, איך געה רייטען אונטער אזעלכע אומשטענדען, אַז איך וועל געוויס ברעכען די געניק. אָבער איך בין אויף אַלץ באַרייט).
אויף דעם מיטינג פֿון די דריי אידישע דיסטריקטען האָב איך דערצעהלט די סאָטהערן געשיכטע און געפֿאָדערט אַ רעזאָלוציע געגען דעליאָן׳ם מעטאָדען. אויף דעם זיינען אויפֿגעשפּרונגען עטליכע מיטגלידער פֿון פֿאַרוואַלטונגס-ראַט. אם שאַרפֿסטען האָט געגען מיר גערעדט אַ גענאָסע מיט׳ן נאָמען פּרוסלין, אַ מיטגליד פֿון פֿאַרוואַלטונגס-ראַט. אַנדערע האָבען מיר אויך אַטאַקירט. מיין פֿאָרשלאָג איז דורכגעפֿאַלן.400מילער האָט באַקעמפֿט הויפּטזעכליך די „קליקע”, ווי ער האָט גערופֿען די עטליכע מיטגלידער, וועלכע האָבען קאָנטראָלירט דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט מיט דער גאַנצער „אַרבייטער צייטונג פּאַבלישינג אַסאָסיאיישאָן”. ביי מיר, ווידער, איז דער וויכטיגסטער פּונקט געווען דער „דעליאָניזם”. אָבער דער נאָמען „קליקע” איז אויך ניט געווען קיין אויסגעטראַכטער.
אין דער צייט וואָס מיר, די רעדנער און שרייבער, די קעפּ פֿון דער באַוועגונג, זיינען געווען פֿאַרנומען מיט אונזער אַרבייט מיט׳ן פּעדער און אויף דער פּלאַטפֿאָרמע, האָבען די מיטגלידער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט אַריינגענומען די גאַנצע אי י נ ע רל י כ ע מאַכט פֿון דער צייטונג אין זייערע הענט. מיר, די רעדנער און די שרייבער, האָבען געשאַנקען ווייניג אויפֿמערקזאַמקייט צו דער אינערליכער אָרגאַניזאַציע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג”. אויף דיזען אַרט האָט זיך די דעה ביסלעכווייז אַרויסגעגליטשט פֿון אונזערע הענט.
די מיטגלידער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט זיינען געווען עהרליכע מענשען. אָבער מאַכט איז זיס. זיי האָבען קיין נייע מיטגלידער אין דער „אַסאָסיאיישאָן” ניט אריינגעלאָזען. זי איז געוואָרען אַ פֿאַרשלאָסענע קערפֿערשאַפֿט און די דערמאָנטע גרופּע איז געווען אַ פֿאָלשטענדיגע הערשערין איבער איהר.
די ערשטע צייט האָט דיזע פֿראַגע מיר אָבער ווייניג אינטערעסירט. די דעליאָן פֿראַגע האָט פֿאַרנומען מיין גאַנצען אינטערעס, מיין גאַנצען וועזען.
ענערגיע, אַמביציע און קאַמפֿס-דורשט האָט דעליאָן פֿאַרמאָגט אָהן אַ שיעור. אין דער גרעסטער זאַווערוכע פֿלעגט ער ניט פֿאַרפֿעהלען צו אַטענדען דעם ביזנעס-מיטינג פֿון יעדער אַסעמבלי-דיסטריקט אָרגאַניזאַציע פֿון דער פּאַרטיי. אַזוי פֿלעגט ער געהן פֿון מיטינג צו מיטינג, פֿון איין ברעג שטאָדט צו אַ צווייטען. ווען עס זיינען אַנוועזענד געווען נאָר פֿינף מיטגלידער, איז ער געווען דער זעקסטער. אַלס צוגאָב צו דער מאַכט וואָס ער האָט באַקומען דורך זיין פּאָפּולאַריטעט אַלס רעדנער און לעקטשורער, האָט ער אויפֿגעבויט אַ מאַכט איבער די אינערליכע „פּאָליטיקס” פֿון דער401פּאַרטיי. ער איז געוואָרען איהר פֿאָלשטענדיגער „באָס”. און ער איז געווען פֿון די מענשען, וואָס קענען אַ געגנער קיין מאָל ניט פֿאַרצייהען. דער וואָס האָט נאָר אויפֿ׳ן קלענסטען אַרט אַרויסגעוויזען אונפֿריינדליכקייט צו איהם, אָדער דער וואָס איז ניט געווען באַרייט זיך אונטערצוגעבען זיין אבסאָלוטער הערשאַפֿט, יענער איז שוין באַצייכענט געוואָרען אַלס אַ פֿאַרברעכער און פֿריהער אָדער שפּעטער האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזען די פּאַרטיי.
דעליאָן האָט ביי זיך שטענדיג געהאַט אַ ביכעלע וואו ער פֿלעגט פֿאַרשרייבען די „חטאים” פֿון די מיטגלידער אויף וועלכע ער האָט געוואָרפֿען אַן אונפֿריינדליך אויג. טאָמער האָט אימעצער פֿאַרפֿעהלט צו וואוטען אין אַ געוויסען עלעקשאָן טאָג, איז דאָס ביי איהם געווען פֿאַרצייכענט אין זיין פּראָקוראָרישען נאָטיץ-ביכעלע. טאָמער האָט אימער ניט געצאָלט דיום עטליכע מאָנאַט, איז דאָס ביי איהם געווען פֿאַרשריבען; טאָמער איז אויף איינעם געווען אַ קלאַנג אַז ער פֿיהרט זיך ניט גוט אויף אין זיין פּריוואַטען לעבען, האָט ער אָנגעזאַמעלט באַווייזע וועגען דעם.
איך פֿלעג זאָגען, אַז ער ערינערט מיר אָן ראָבעספּיער׳ן און אַז יונגאַ פּאַכט עראינערט מיר אָן דעם יונגען סען זשוסט׳ן, וועלכער איז געווען אי ראָבעספּיער׳ס תּלמיד, אי זיין רבי.
„דהי פֿיפּל” איז געווען פֿול מיט שימפּערייען און זידלערייען. דעם וואָרט „פֿייקער” האָט ער געברויכט רעכטס און לינקס. טאָמער האָט ער איינעם באַשולדיגט אין עפּעס אַ פֿאַרברעכען און אויף איהם געוואָרפֿען די עקעלהאַפֿטסטע ווערטער און דערנאָך האָט זיך אַרויסגעצייגט אַז די גאַנצע געשיכטע איז אַרויסגעקומען דורך אַ טעות, פֿלעגט דעליאָן זיך ענטזאָגען די באַשולדיגונג צוריקצוציהען.
„מיר נעמען קיין זאַך קיינמאָל ניט צוריק,—האָט ער אַמאָל געזאָגט צו בערנאַרד ווייינשטיין׳ען, ווען יענער האָט איהם באַוויזען אַז אַ געוויסער גענאָסע, וועמען ער האָט ביטער אַטאַקירט, איז אבסאָלוט אונשולדיג.
דעם וואָרט „לאָיאַל” (טריי) האָט ער געברויכט אַזוי אָפֿט ווי דעם וואָרט „פֿייקער”. דאָס האָט כּלומרשט געהייסען, אַז מען איז טריי דער פּאַרטיי. אין אמת׳ן האָט דאָס געהייסען, אַז מען402איז טריי א י ה ם. אַזוי איז דאָס געווען ב ו כ ש ט ע ב ל י ך. און אין דיזען זין האָט ער צוטיילט די וועלט אויף „לאָיאַלע” און „אונלאָיאַלע”. דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאַבלישינג אַסאָסיאיישאָן” איז באַשטאַנען פֿון „לאָיאַלע” און די וואָס זיינען געווען געגען זיי, זיינען געווען „ניט-לאָיאַלע”.
איך וויל דאָ באַמערקען, אַז מיר פּערזענליך האָט ער קיין מאָל אין זיין צייטונג ניט אַטאַקירט, כאָטש איך בין געווען דער אָנפֿאַנגער פֿון דעם אָפֿענעם קאַמפֿ געגען איהם און בין געווען איינער פֿון זיינע ביטערסטע געגנער. צי דאָס איז געווען ווייל פֿאַר דעם אָנהויב פֿון זיין פּאָפּולאַריטעט האָט ער מיר געהאַט צו פֿאַרדאַנקען מעהר ווי אַלעמען, אָדער איינפֿאַך ווייל געגען מיר צו געברויכען שימפֿ-ווערטער וואָלט זיך איהם ניט געלוינט — דאָס קען איך ניט באַשטימען.
ווען עס פֿלעגט איהם אָנקומען אַ באַריכט וועגען מיינער אַ לעקטשור אָדער רעדע און עס האָבען זיך דאָרטען געפֿונען קאָמפּלימענטען פֿאַר מיר, פֿלעגט ער דאָס אַלץ דרוקען, קיינמאָל ניט אויסמעקען, ווי ער פֿלעגט דאָס טאָן מיט פֿריינדליכע ווערטער וועגען אַנדערע געגנער זיינע. איך דערמאָן דיזען פֿאַקט אַלס איינעם פֿון די באַווייזען, אַז מיין קאַמפֿ געגען איהם איז ניט אַרויסגערופֿען געוואָרען פֿון פּערזענליכע געפֿיהלען. מיינע פּערזענליכע געפֿיהלען האָט דעליאָן ניט באַליידיגט.
אַפֿילו אַלעקסאַנדער יאָנאַס׳ן, דעם אַלטען, פֿיל געאַכטעטען יאָנאַס׳ן, פֿלעגט ער שימפֿען, אויסלאַכען, באַליידיגען אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. מיר — קיין מאָל ניט.
ער האָט רק גערעדט וועגען אַ „קאָמפּראָמיסלאָזע פּאָליטיק” און געשאָטען מיט שוועבעל און פֿעך אויף דער גאַנצער וועלט. ער האָט געשימפֿט און געזידעלט יעדען יוניאָן-פֿיהרער אין אַמעריקע אַלס אַ בודלער, אַ פֿייקער, אַ שווינדלער.
ביסלעכווייז האָט ער גענומען פֿאָדערען, אַז מען זאָל גרינדען אַן אָפּאָזיציאָנס-יוניאָן געגען יעדער יוניאָן וואָס נעמט ניט אָן די סאָציאַליסטישע פּראָגראַם און די סאָציאַליסטישע טאַקטיק, דאָס הייסט זיין טאַקטיק. ער האָט געשריבען אַרטיקעל נאָך403אַרטיקעל און געהאַלטען לעקטשור נאָך לעקטשור וועגען דעם. אויף דיזען אַרט האָט זיך אויסגעאַרבייט זיין אָרגאַניזאַציע „דהי סאָשעליסט טרייד ענד לייבאָר עלייענס” אַלס אָפּאָזיציע צו די יוניאָנס. עס איז געווען אי שעדליך, אי לעכערליך. זיין אָפּאָזיציע האָט געהאַט אַזאַ באַדייטונג געגען די אַמעריקאַנער יוניאָנס ווי די אָפּאָזיציע פֿון אַ פֿליג געגען אַ לאָקאָמאָטיוו.
די איינציגע ווירקונג וואָס דאָס האָט געקענט האָבען, איז געווען צו מאַכען אַ חורבן אין די סאָציאַליסטישע רייהען. טאָמער האָבען מיר געפּרובט געווינען די אַרבייטער פֿון אַמעריקא, האָט ער זיי פֿון פֿריינד געמאַכט פֿאַר די ביטערסטע שונאים. און פֿילע סאָציאַליסטען האָבען דאָס פֿאַרשטאַנען. אַלזאָ, האָט דער וואָנזיניגער פּלאַן זיי אָפּגעטריבען פֿון דער פּאַרטיי אָדער זיי געפֿיהרט צו אַ קאַמפֿ אין דער פּאַרטיי גופֿא.
דעליאָן איז ביסלעכווייז אַוועק אַזוי ווייט, אַז ער האָט אָרגאַניזירט סקעבערייען אין צייט פֿון סטרייקס.
יונגאַ פּאַכט האָט די דאָזיגע יוניאָן טאַקטיק דעליאָן׳ם געשטיצט, און דאָס איז ספּעציעל זאָנדערבאַר ווען מען מען דערמאָנט זיך, אַז אין דעם „ספּליט” וואָס איז אַרויסגעקומען אין דער סאָציאליסטישער פּאַרטיי אין 1889 (מיט דריי יאָהר פֿריהער איידער דעליאָן האָט זיך באַוויזען אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג), איז דער זעלבער פּאַכט געווען איינער פֿון די הויפּט-קעמפֿער געגען די „ראָזענבערגיאַנער”, וועלכע האָבען געפֿאָדערט אַז מען זאָל אַטאַקירען די ניט-סאָציאַליסטישע יוניאָנס (זעה צווייטען באַנד, זייטען 435 און 437).
האָט דעליאָן אַליין געגלויבט אין זיין טאַקטיק?
איך גלויב אַז יאָ. דיזער געבילדעטער, פֿעהיגער און געשייטער מאַן האָט געהאַט אַ גאַנץ קינדערשען באַגריף וועגען דער וועלט און וועגען מענשען. אין דיזער הינזיכט, קען מען זאָגען, אַז ער האָט ניט געהאַט מעהר פּראַקטישען שכל ווי יאָהאָן מאָסט. אָבער מאָסט איז געווען סימפּאַטישער פֿון איהם. מאָסט האָט ניט געהאַט קיין ברעקעל ביטרעקייט אין זיך. און אויך ניט קיין ברעקעל מאַכט-דורשט. ער איז געווען די אויפֿריכטיגקייט און ערנסטקייט404אַליין. ער האָט פּשוט געלעבט אין אַ חלום. ווען ער האָט געהייסען מענשען קויפֿען ביקסען און אױפֿ'ן שטעל זיך נעמען צו אַ סאָציאַלער רעוואָלוציע, אין דער צייט ווען אין גאַנץ אַמעריקא האָט מען קוים געקענט געפֿינען עטליכע הונדערט אמת'ע אַמעריקאַנער סאָציאַליסטען, האָט דאָס געקלונגען אַזוי נאַאיוו, אַז מען האָט נאָר געקענט שמייכלען און באַוואונדערען דעם פֿלאַקער-גייסט און די אָפּפֿערוויליגקייט וואָס האָבען איהם באַהערשט.
דעליאָן האָט דיזען סאָרט נאַאיווקייט ניט געהאַט. זיין טאַקטיק איז געווען די מאַקסטיק פֿון אַ מענשען, וואָס ברענט מיט הערשאַפֿט-דורשט; און ווען ער פֿלעגט שטעהן אױף דער פּלאַטפֿאָרמע און דונערען געגען זיינע געגנער און געגען די קאַפּיטאַליסטען, איז אין דעם ניט געלעגען קיין חן. זיין שטימע גופֿא, וועלכע האָט אין זיך געהאַט אַן אונאַנגענעמען קוויטש, האָט געקלונגען מיט כיטרעקייט און אינטריגע.
אין אַ פֿינאַנציעלען זין איז ער נעוויס געווען עהרליך. אין דעם האָב איך קיין מאָל קיין צווייפֿעל ניט געהאַט. ער איז אָבער געווען דורכגעדרונגען מיט עגאָיזמען פֿון אַנדערע סאָרטען.
מיט זיינע ראָבעספּיעריש אינטריגעס און פֿאַרפּלאָנונגען האָט ער פֿארטריבען פֿון דער באַוועגונג איהרע בעסטע מענשען, איינעם נאָכ'ן אַנדערען, איין גרופּע נאָך דער אַנדערער. די וואָס האָבען איהם געהאָלפֿען אַרויסטרייבען זיינע ערשטע קרבנות, זיינען אין אַ קורצער צייט שפּעטער אַליין געוואָרען זיינע שונאים, און דאָס הייסט אױך זיינע קרבנות.
אַזוי איז דאָס געגאַנגען כסדר, ביז ענדליך איז ער געבליבען איינער אַליין, אַ פֿאַרלאָזענער, אַ מאַכטלאָזער. נאָר דאָס געהערט צו שפּעטערע יאָהרען.
עס זיינען פֿאַראַן גאַנצע בערג מיט שפּאַסען און אַנעקדאָטען וועגען איהם, שפּאַסען, וועלכע זיינען פֿאַקטען.
ער פֿלעגט ניט אױפֿהערען זיך צו באַריהמען מיט די זיגען פֿון זיין פּארטיי און מיט די מפּלות פֿון זיינע פֿערזענליכע געגנער אין דער באַוועגונג. דערביי פֿלעגט ער אַנפֿיהרען אינטריגעס און אָפּטאָן שפּיצלעך פֿון דעם זעלבען קינדערשען סאָרט ווי די וואָס405מיר האָבען געזעהן אין זיין קאַמף געגען סאָטהערן. צום ביישפּיל: אין אַ געוויסען פּלאַץ, אין אַ ווייטען געגענד, וואו פֿריהער איז אָפּגעגעבען געוואָרען נאָר איין סאָציאַליסטישע שטימע, באַקומט די פּארטיי צוויי וואוטס. קומט דעליאָן ארוים מיט אַ טריאומף: „סאָציאַליסטישער וואוט געדאָפּעלט!" ביי אַן אַנדער געלעגענהייט האָט ער געהאַט אַ קעפּעל מיט די ווערטער: „מיר שטעהען פֿעסט ווי אַ פֿעלז" און אונטער'ן קעפּעל זעהט איהר, אַז אין אַזאַ און אַזאַ פּלאַץ זיינען פֿאַראַיאָהרען געווען צוויי שטימען און איצט ווידער צוויי שטימען!
דער וואָס איז נאָר ניט געווען מיט זיין פּארטיי און הויפּטזעכליך מיט איהם, יענעם האָט ער באַהאַנדעלט ווי אַן איינפֿאַכען גנב און אויסוואורף. ער האָט געמעגט זיין די וויכטיגסטע און די שעהנסטע פֿערזענליכקייט. אָט איז אַ ביישפּיל: פּעטער קראָפּאָטקין האָט אין ניו יאָרק געהאַלטען לעקטשורס וועגען אַנאַרכיזם און געגען דער מאַרקסיסטישער טעאָריע. ווען די קאַפּיטאַליסטישע פּרעסע האָט דיזען איידעלען פֿרייהייטס-קעמפֿער אַטאַקירט, האָט דעליאָן געשריבען אַ נאָטיץ מיט דעם ענגלישען ווערטעל: „איין חזיר בייסט אַן אַנדער חזיר", אַלס איבערשריפֿט. די רוסישע קאָלאָניע און טויזענטער אַנדערע ראַדיקאַלען זיינען געווען אויפֿגעבראַכט; אָבער דעליאָן האָט געמאַכט חוזק פֿון זיי מיט קראָפּאָטקין'ען צוזאַמען.
איך פֿלעג זיך טראַכטען: צי דען באַמערקט דער מענש ניט ווי לעכערליך ער מאַכט זיך? ניין, ער האָט דאָס ניט באַמערקט! און עס האָבען זיך שטענדיג געפֿונען גענוג אַנדערע מענשען וואָס האָבען דאָס אױך ניט באַמערקט.
[טאָפּיק] מילער'ם באַשולדיגונג געגען דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט. — די „קליקע". — עס ערשיינט דער „אַבענד-בלאַט". — דער רעדאַקטאָר איז קראַנץ.
איך וועל זיך אומקעהרען צו דעם „נואָרקער פּאַרטיי טאָג", וואו מילער האָט אָפֿען באַשולדיגט די מיטגלידער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט406פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן", אַז זיי זיינען אַ קליקע. אין דער רעזאָלוציע וועלכע איך האָב אױבען געבראַכט פֿון בורגין'ס „געשיכטע", ווערט דאָס איבערגעגעבען קורץ. די רעזאָלוציע גופֿא איז געווען אַ פֿאַרשטעלטע. דאָס וואָרט „קליקע" האָט מען אין איהר ניט געוואָלט אריינברענגען. דער געדאַנק ווערט אָבער דאָך אויסגעדריקט. דאָס ווערט געטאָן מיט דער פֿראַזע: „דורך געוויסע פֿאַרהעלטניסע ליגט די פּראַקטישע עקזעקוטיוו ארבייט אין די העגט פֿון בלויז עטליכע גענאָסען". אַלם אַ מיטעל דערצו רעקאָמענדירט די רעזאָלוציע אַז אַלע סאָציאַליסטען זאָלען אריינטרעטען אין דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן". אָבער אריינטרעטען אין דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן" איז אַלץ געווען שווער. די טערשענדע מיטגלידער האָבען קיין נייע קאַנדידאַטען ניט צוגעלאָזען. די „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן" איז געבליבען אַ פֿאַרשלאָסענע אָרגאַניזאַציע.
מילער'ם וואָרט „קליקע" איז געוואָרען זעהר פּאָפּולער.
מען האָט זיך געקליבען ארויסצוגעבען די „אַבענד בלאַט". די פֿראַגע איז געווען וועד זאָל זיין דער רעדאַקטאָר. מיט עטליכע מאָנאַט פֿריהער וואָלט אזאַ פֿראַגע ניט פֿאָרגעקומען. פֿיליפ קראַנץ'ן האָט מען רעספּעקטירט אַלם מענש. אַלם זשורנאַליסט אָבער האָט ער זיך ווייניג אָנגעזעהן אפֿילו אין אַ וועכענטליכער צייטונג; און דאָ האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אַ טעגליכער. מיט עטליכע מאָנאַט פֿריהער וואָלט די גאַנצע אַסאָסיאיישאָן מיך באַטראַכט אַלם דעם נאַטירליכען און איינציגען קאַנדידאַט. צו מיר האָט מען דאַן איבערגעלאָזען די פֿראַגע ווי מען זאָל די טעגליכע צייטונג אַ נאָמען געבען. אין די עטליכע מאָנאַט האָט זיך אָבער פֿילעם געענדערט. דאָס רוב פֿון די איינפֿלוסרייכע מיטגלידער פֿון דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן" זיינען איצט געווען געגען מיר.
אין אַ געוויסען אָוונט, אין אָגוסט אָדער סעפּטעמבער, 1894, בין איך געזעסען ביי אַ דעסק אין 91 דילענסי סטריט און געטאָן מיין רעדאַקציאָנס-אַרבייט. די רעדאַקציע איז געווען אין אַן אַנדער צימער, אַ קלענערען. דאָ איז געווען דער ביזנעס אָפֿים407(דער ביזנעס מענעדזשער איז די לעצטע עטליכע מאָנאַט געווען קראַנץ). אין דעם רעדאַקציאָנס-צימער האָט מען אָבער אין יענע פּאָר טעג ניט געקענט אַרבייטען. מען האָט גענאַרפֿט פֿאַרריכטען דעם סילינג. בין איך געזעסען ביי דעם ביזנעס דעסק און געשריבען.
באַלד איז אַריינגעקומען די קאָמיטע פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן", וועלכע האָט געמאַכט די פֿאַרבערייטונגען צו דעם „אַבענד בלאַט". די קאָמיטע איז מייסטענס באַשטאַנען פֿון מיטגלידער פֿון דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט, מיט וועלכען איך בין געווען אין אַנגעשטרענגטע באַציהונגען. אין דעם צימער איז אַ חוץ דעם דעסק געשטאַנען אַ טיש, האָבען זיי זיך געזעצט ביי איהם. זיי האָבען גערעדט, געשושקעט זיך, געמאַכט חשבונות.
ענדליך איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ סאָב-קאָמיטע און מיר אָפֿיציעל פֿאָרגעשלאָגען די קאַנדידאַטור. איך האָב געענטפֿערט, אַז איך נעם ניט אָן, און אַז איך קלייב זיך פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" אױך זיך צוריקצוציהען.
עטליכע טעג האָט זיך גערודערט מיט דער זעלבער פֿראַגע. מען האָט מיט מיר גערעדט און גע'טענה'ט, דעבאַטירט וועגען דעליאָן'ען און וועגען מילער'ן. עס זיינען געפֿלױגען שאַרפֿע ווערטער. איך בין געבליבען ביי דאָס מייניגע. איך האָב די נאָמינײשאָן אױף רעדאַקטאָר ניט אָנגענומען.
קראַנץ האָט אָנגענומען, און דעם 14טען אָקטאָבער (1894) איז ערשינען דער ערשטער נומער „אַבענד בלאַט", אונטער זיין רעדאַקציע.
איך האָב פֿאָרטגעזעצט מיין טעטיגקייט אַלם רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" און פֿון דער „צוקונפֿט". איך האָב דאָס באַטראַכט אַלם אַ צייטווייליגע זאַך. איך האָב ביי זיך פֿעסט באַשלאָסען אין קורצען דאָס אױפֿצוגעבען און ווערען אַ „פּריוואַט בירגער".
אָבער אָנשטאָט זיך צוריקצוציהען פֿון דער באַוועגונג צוליב דעם „דעליאָניזם", איז צוליב דעם דעליאָניזם גופֿא מיר אַלץ שווערער געוואָרען פֿון איהר ארויסצוגעהן. די צאָהל גענאָסען וואָס408האָבען איהם אָנגעפֿאַנגען צו באַקעמפֿען איז געוואָרען אַלץ גרעסער, דער קאַמף איז געוואָרען אַלץ ברייטער, און איך בין אין איהם אריינגעצויגען געוואָרען אַלץ טיפֿער. מילער איז געוואָרען אַ ביטערער געגנער פֿון דעליאָן'ם „טרייד ענד לייבאָר עלייענס" און פֿון דעליאָן'ען אין אַלגעמיין.
עס איז געוואָרען אַ פֿראַגע פֿון אריינקריגען די „אַרבייטער צייטונג און דעם „אַבענד-בלאַט" אין אונזערע אַנטי-דעליאָניסטישע הענט. וועגען אָפּטרעטען אונזער פּרעסע דער „קליקע" האָבען מיר ניט געקענט דענקען. און אַזוי האָט זיך דער שטרייט פֿאַרשלעפּט ביז עס האָט זיך גענומען האַנדלען וועגען גרינדען אַן אַנטי-דעליאָניסטישען און אַנטי-„קליקע" אָרגאַן.
ביי זיך אין דער היים האָב איך געשריבען ענגלישע ערצעהלונגען. איך בין אין דיזער ארבייט אַלץ מעהר פֿאַראינטערעסירט געוואָרען. איך האָב געהאַט ערפֿאָלג, אָבער פֿון דעם אינערליכען קאַמף אין אונזער סאָציאַליסטישער באַוועגונג האָב איך זיך אַלץ ניט געקענט ארויסרייסען.
[טאָפּיק] „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט". — „צוויי שדוכים". — ענגעלם'עס טויט. — באַראַנאָוו קומט קיין אַמעריקא. — אַן אָפּעראַציע.—5טער „אַרבייטער-צייטונג" געבורטסטאָג.
מיין שטייגענדער אינטערעס אין ליטעראַטור איז געווען פֿאַרבונדען מיט דער ענגלישער שפּראַך. דאָך האָט ער זיך אָפּגעשפּיגעלט אין מיין ארבייט אין דער „אַרבייטער צייטונג" אױך. דאָס מערקט זיך, ווען מען בלעטערט דורך די נומערען פֿון דער צייט, וועגען וועלכער מיר ריידען דאָ.
אין יאַנואַר און פֿעברואַר פֿון דעם יאָהר 1895 געהט מיינע אַן אָריגינעלע רעאַליסטישע ערצעהלונג אונטער דעם נאָמען „די צוויי שדוכים", וועלכע פֿאַרנעמט אַכט נומערען.
דעם פֿינפֿטען אַפּריל פֿון דעם זעלבען יאָהר-גאַנג פֿאַנגט זיך אָן צו דרוקען מיינע אַן איבערזעצונג פֿון איינע פֿון די בעסטע409קורצע ערצעהלונגען אין דער ענגלישער ליטעראַטור, „איהר אינטעליגענטער זוהן", פֿון טהאָמאַס האַרדי; און אין דעם נומער פֿון אכטען יוני פֿון דעם זעלבען יאָהר הויבט אָן צו ערשיינען מיין איבערזעצונג פֿון נאַאומאָוו'ס מערקווירדיגע ערצעהלונג פֿון דעם אידישען לעבען אין רוסלאַנד, „אין אַ פֿאַרוואָרפֿענע שטעדטעלע". דער אָריגינאַל איז געווען אױף רוסיש און ער איז ערשינען אין דעם פֿעטערסבורגער זשורנאַל „וויעסטניק יעוואָראָפּי", וועלכער איז דאַן געווען דער וויכטיגסטער ליטעראַרישער זשורנאַל אין רוסלאַנד. איך בין פֿאַר דער ערצעהלונג געווען אַזוי באַגייסטערט, אַז מיט איבערזעצען איהר האָב איך זיך ניט באַנוגענט. איך האָב וועגען איהר געהאַלטען צוויי ספּעציעלע לעקטשורס.
מיין אינטערעס אין ליטעראַטור האָט זיך אין דער „אַרבייטער צייטונג" אָפּגעשפּיגעלט אױף אַן אינדירעקטען שטייגער אױך — אין דעם נייעם סאָרט פֿעליעטאָנען, צום ביישפּיל, וועלכע איך האָב געדרוקט אונטער דעם נאָמען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט". אין זיי זיינען אויסגעדריקט געוואָרען האַלב-בעלעטריסטישע געדאַנקען וועגען דעם מענשליכען לעבען, און, פֿאַרבייגעהענדיג, האָב איך אין זיי געגעבען שטריכען און בילדלעך אױך. דער ערשטער פֿעליעטאָן אונטער דיזען נאָמען איז ערשינען דעם 17טען מאַי, 1895. די טעמע איז געווען „אַן אייז-באָקס". דער צווייטער איז געווען אױף דער טעמע „מיספּיט". נאָך אַ פֿעליעטאָן אַזעלכער האָט געטראָגען דעם נאָמען „קעצעלע" און דערנאָך איז געווען אַ פֿעליעטאָן „ווידער די קעצעלע". דיזע אַרטיקלען האָבען געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג.
אין דעם מאָנאַט אָגוסט פֿון דעם זעלבען יאָהר געפֿינען זיך אַרטיקלען וועגען די באַקאַנטע טאַנץ-שולען פֿון דעם אידישען קוואָרטאָל. זיי זיינען אונטערגעשריבען פֿון אַ „העסטער סטריט רעפּאָרטער". דאָס איז געווען מיין אונטערשריפֿט.
איך האָב גענומען באַזוכען פֿאַרשידענע פּלעצער אין דעם אידישען קוואָרטאָל מיט דעם צוועק אויסצושטודירען שטריכען און קאָלירען פֿון אונזער לעבען אין אַמעריקא. דער ציעל איז געווען אַ ריין ליטעראַרישער. איך האָב דאַן זיך געגרייט צו שרייבען אַן ענגלישען ראָמאַן און דיזע אונטערזוכונגען זיינען געווען פֿאַרבונדען410מיט דיזען פּלאַן. אָבער דערווייל האָב איך די באָבאַכטונגען איבערגעגעבען אין אַרטיקלען, וועלכע האָבען ארויסגערופֿען אַ ברייטען אינטערעס.
איך האָב וועגען אידישען לעבען געשריבען אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען, און ווען איך לעז איצט דיזע אַרטיקלען, געפֿין איך אין זיי אַ העלע אָפּשפּיגלונג פֿון די ליטעראַרישע נייגונגען, וואָס זיינען אַרום יענער צייט געוואַקסען אין מיר.
אין די נייעסען, וואָס איך האָב איינגעפֿיהרט אין דער „אַרבייטער צייטונג" אין דעם זעלבען יאָהר, מערקט זיך ווידער אַ שטרעבונג צו שאַפֿען אַרטיקלען, וועלכע זאָלען דערגרייכען דעם דאָפּעלטען צוועק: פֿאַראינטערעסירען וואָס מעהר פֿון דעם אַלגעמיינעם לעזע-פּובליקום און געבען די לעזער וויכטיגע קענטניס.
אין יאַנואַר פֿון דעם יאָהר 1895 אַנאַנסיר איך אַ סעריע אַרטיקלען, ווי אַזוי די באַריהמטע אַמעריקאַנער מיליאָנערען זיינען רייך געוואָרען. אין דער אַנאַנסע ווערען אָנגערופֿען וואַנדערבילט, גולד און אַסטאָר.
אַ צווייטע סעריע איז אַנאַנסירט (אין אָנהויב מערץ) אונטער דער „קעפּעל": „וואָס איז כדאי צו זעהן אין באָסטאָן, פֿילאַדעלפֿיא, שיקאַגאָ און אַנדערע גרויסע אַמעריקאַנער שטעדט?" צו דעם זעלבען קלאַס אַרטיקלען קען מען צורעכענען אַ סעריע אױף דער טעמע „די ערשטע אידען אין ניו-יאָרק", וואו איך האָב דערצעהלט וועגען די ערשטע אידען, וואָס האָבען זיך באַזעצט אין דער גרויסער אַמעריקאַנער שטאָדט.
צווישען די אַגיטאַציאָנס-אַרטיקלען איז אין יאַנואַר פֿון יענעם יאָהר געווען מיינער אַן אַרטיקעל אונטער'ן נאָמען „טראָסטס און יוניאָנס", וואו איך ראָט די אַרבייטער „זיך צו לערנען ביזנעס ביי די קאַפּיטאַליסטען". די קאַפּיטאַליסטען זיינען פֿאַראייניגט, אָרגאַניזירט (זיי האָבען „טראָסטס"); און זיי פֿאַרשטעהען ביזנעס בעסער ווי די אַרבייטער. דאָס באַווייזען זיי מיט דעם פֿאַקט, אַז זיי מאַכען מיט זייערע געשעפֿטען פֿיל גרעסערע גליקען ווי די אַרבייטער מאַכען מיט זייערע. דעריבער דאַרפֿען די אַרבייטער טאָן ווי די קאַפּיטאַליסטען טוען און אױך זיין פֿאַראייניגט. דאָ411פֿאַראייניגונג פֿון פֿאַבריקאַנטען הייסט „טראָסט"; די פֿאַראייניגונג פֿון אַרבייטער הייסט „יוניאָן".
אַ צווייטער אַגיטאַציאָנס-אַרטיקעל טראָגט דעם נאָמען „וועלכע וועלט איז אַ פּוסטער חלום — די סאָציאַליסטישע אָדער די קאַפּיטאַליסטישע?" דער הויפּט געדאַנק באַשטעהט דאָ אין פֿאָלגענדען: די קאַפּיטאַליסטישע וועלט איז געבויט אױף אזאַ סיסטעם, וועלכע קען זיך ניט האַלטען, וואָרים זי, די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם, פֿאַרניכטעט איהר אייגענעם פֿונדאַמענט. איך ערקלער, אַז געדונגענע אַרבייט און קאָנקורענץ, דאָס זיינען די צוויי פֿיס, אױף וועלכע די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם שטעהט. און איך באַווייז, אַז ווען דיזע צוויי איינפֿיהרונגען וועלען שטאַרק ענטוויקעלט ווערען, וועלען זיי פֿאַרניכטעט ווערען פֿון זיך אַליין, וואָרים זיי זיינען אַ ווידערשפּרוך איינע געגען דער צווייטער; די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז געבויט אױף אַ ווידערשפּרוך, וועלכער קען ניט אָנהאַלטען. עס קומט אַלזאָ אױס, אַז די ווילדע, משונה'דיגע חיה, וועלכע מען רופֿט קאַפּיטאַליזם, פּרעסט אױף איהרע אייגענע פֿיס.
יענעם ווינטער האָב איך איבערזעצט די וויכטיגסטע שטעלען פֿון מאַקס נאָרדאו'ס באַריהמטען בוך „די קאָנווענציאָנעלע ליגענס פֿון אונזער ציוויליזאַציע".
אין אַ טרויער-ראַהם אין דער „אַרבייטער צייטונג" פֿון דעם 9טען אױגוסט, 1895, ווערט געמעלדעט, אַז פֿריעדריך ענגעלם איז געשטאָרבען, און אין דעם זעלבען נומער געפֿינען זיך מיינע פֿערזענליכע עראינערונגען וועגען איהם.
מ. באַראַנאָוו איז דאַן געקומען קיין אַמעריקא. מיט אַ קורצע צייט פֿריהער איז ער געווען אין אַרגענטינא. אַלזאָ האָב איך איהם איינגעלאַדען צו שרייבען זיינע איינדרוקען פֿון דאָרטען. דיזע אַרטיקלען זיינע געפֿינען זיך אין דעם זעלבען יאָהר-גאַנג. זיי האָבען געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג. פֿון דאַן אָן איז ער געוואָרען412אַ שטענדיגער מיטאַרבייטער אין דער „אַרבייטער צייטונג” און דערנאָך אױך אין „אַבענד בלאַט”.
לואי מילער איז אָנפֿאַנג פֿון יענעם זומער, מיט פֿריוואַטע צוועקען, געפֿאָהרען קײן אײראָפּא. ער האָט באַזוכט פֿאַרשידענע לענדער און האָט צוגעשיקט פֿון דאָרטען אײניגע קאָרעספּאָנדענצען. זייענדיג אין וויען, האָט ער געהאַט אַן אינטערוויו מיט דעם דאָרטיגען אַנטיסעמיטישען מעיאָר לועגער, און דאָס האָט ער באַשריבען אין אַ בריף צו דער „אַרבייטער צייטונג”.
זונטאָג, דעם 3טען מאַרטש פֿון דעם זעלבען יאָהר, 1895, האָט די „אַרבייטער צייטונג” געפֿייערט איהר פֿינפֿטען יאָהרעס-פֿעסט. דער רעדנער-צעטעל אין דער אָנאַנסע איז געווען: אַלעקסאַנדער יאָנאַס, אב. קאַהאַן, מאָרריס ווינטשעווסקי, ב. פֿייגענבוים און מ. זאַמעטקין. די אַנטייל נעמער אין דעם קאָנצערט זיינען געווען: זיגמונד מאַגולעסקאַ, סאַבינא וויינבלאַט, רעזאַ קאַרפּ און די גאַנצע כאָריסטען יוניאָן.
דער באַריכט וועגען דעם יאָהרעס-פֿעסט איז אָפּגעדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג” פֿון דעם 10טען מאַרטש, און דאָרטען ווערט געמעלדעט: „גענ. קאַהאַן האָט ניט געקאָנט זיין אַנוועזענד, ווייל ער געפֿינט זיך אין האָספּיטאַל, וואו מען מאַכט איהם אַן אָפּעראַציע אױף די אויגען. זיין ברודער האָט דעם טשערמאַן געבעטען איבערצוגעבען אַ באַגריסונג אין זיין נאָמען”.
אין אָנהויב פֿון דעם יאָהר 1895 האָב איך אַ געוויסע צייט געליטען פֿון אַן ענטצינדרונג אין אײן אויג. איך האָב באַזוכט דר. גריניג'ען, אַ דייטשער יהודי, וועלכער איז געווען אײנער פֿון די באַקאַנטסטע אויגענדאָקטוירים אין יענער צייט. ווען ער האָט מיך געהאַלטען אין באַסוקען, האָט ער פּלוצלונג אַ פֿרעג געטאָן:
— וואַרום זיינען די אויגען ביי אייך ניט גלייך? עס איז פּשוט אַ פֿאַרברעכען אין אַמעריקא אַרומצוגעהן מיט אַזעלכע אויגען. ס'איז דאָך אַזאַ לייכטע אָפּעראַציע.
— עס ליגט מיר ניט אין זינען, — האָב איך געענטפֿערט.413— אַ פֿאַרברעכען, אַ פֿאַרברעכען פֿאַר אַ מאָדערנעם מענשען אַרומצוגעהן מיט אַזעלכע אויגען! אײנס, צוויי, דריי און עס ווערט געפֿיקסט.
איך בין אוועק אין מאָנט סייניי האָספּיטאַל, מיט וועלכען ער איז געווען פֿאַרבונדען, און ער האָט געמאַכט די אָפּעראַציע. מען האָט אַריינגעטאָן קאָקאַאין אין אויג, און די גאַנצע געשיכטע האָט געדויערט ניט מעהר ווי עטליכע מינוט. אין האָספּיטאַל האָב איך אָבער געמוזט פֿאַרבלייבען עטליכע טעג.
איך האָב ספּעציעל אויסגעקליבען די וואָך פֿון דעם יאָהרעס-פֿעסט, כדי איך זאָל ניט דאַרפֿען אַנטייל נעמען אין דעם יוב-טוב. די פֿאַרהעלטניסען צווישען דער מאַיאָריטעט פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן” און מיר זיינען שוין געווען אַזוי אָנגעשטרענגט, אַז צוזאַמענצוטרעפֿען זיך מיט די מיטגלידער אױף אַזאַ שמחה איז מיר ניט געווען אָנגענעהם.
ארום יענער צייט האָט ווינטשעווסקי זיך באַזעצט אין באָסטאָן, וואו ער האָט גענומען ארויסגעבען אַ וועכענטליכע צייטונג אונטער דעם נאָמען „דער אמת” (די אָנאַנסע וועגען דעם איז געדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג” פֿון דעם 9טען מערץ). די פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן האָט זיין אונטערנעמונג באַטראַכט אַלס אַן אונפֿריינדליכען שריט. אָפֿיציעל איהם באַהאַנדלען אַלס אַ שונא האָט זי צוערשט ניט געהאַט קיין אורזאַכע; אָבער ביסלעכווייז האָט „דער אמת” גענומען די אַסאָסיאיישאָן באַקעמפֿען גאַנץ אָפֿען, און זי איז געגען איהם אױך ארויסגעטראָטען אָפֿען.
איך און מילער האָבען אונזער קאַמף געגען דער „אַסאָסיאיישאָן”414די גאַנצע צייט געפֿיהרט נאָר אינוועניג; מיר האָבען אויסגעמיטען צו „וואַשען די שמוציגע וועש אױפֿ'ן גאַס”. ווינטשעווסקי אָבער האָט די אַסאָסיאיישאָן באַקעמפֿט פֿאַר דער אויסערליכער וועלט. אין זיין „אמת”, אין אַן אַרטיקעל אונטער דער קעפֿעל „פּויל אָדער צוגעפּוילט”, האָט ער איהר אַטאַקירט מיט אָנצוהערענישען, וועלכע מען האָט געקענט אויסטייטשען אױפֿ'ן ערגסטען אופֿן. דער אַרטיקעל האָט אָנגעמאַכט אַ שטורם.
דער „אַבענד-בלאַט” האָט פֿון דעם אַרטיקעל חוזק געמאַכט; ער האָט געזאָגט, אַז ווינטשעווסקי ווייס ניט וואָס ער וויל און געגעבען אָנצוהערעניש, אַז ער זוכט נאָר אַ סענסאַציע פֿאַר זיין „אמת”.
אין דעם זעלבען זין האָט יעקב מילך געשריבען אין דעם „אמת” גופֿא. אַזוי ווי ווינטשעווסקי האָט געפֿאָדערט פֿרייע קריטיק אין „אַבענד-בלאַט”, האָט מילך געפֿאָדערט פֿרייע קריטיק אין „אמת”, און האָט איהם צוגעשיקט אַן אַרטיקעל מיט'ן נאָמען „פֿרייע קריטיק אָדער גלאַט קריטיק”, וואו ער האָט ערקלערט, אַז ווינטשעווסקי טשעפּעט זיך סתם אין דער וועלט אַריין. מילך איז געווען פֿון דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן” און ווינטשעווסקי האָט זיין אַרטיקעל אָפּגעדרוקט צו ווייזען, אַז ביי איהם אין „אמת” ווערט „פֿרייע קריטיק” ערלויבט.
ווינטשעווסקי איז אױך ארויסגעטראָטען געגען דעליאָן'ם מעטאָדען, און דיזע קריטיק זיינע איז געווען אַ דייטליכע און אַ קלאָהרע. ווינטשעווסקי האָט געקענט ענגליש פֿון לאָנדאָן, און ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט דער אַמעריקאַנער זייט פֿון אונזער באַוועגונג באַלד ווי ער איז אַהער אריבערגעקומען. זיין מיינונג וועגען דעליאָנ'ען איז געווען די זעלבע ווי מיינע. אין באַצוג אָבער צו זיינע אַטאַקעס אױף דער אַסאָסיאיישאָן בין איך און דאָס רוב פֿון די אַנדערע אָפּאָזיציאָניסטען געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט קראַנצ'ן און מיט מילך'ן, אַז „ער טשעפּעט זיך” סתם אין דער וועלט אַריין.
דער תהום צווישען די צוויי לאַגערען — די אָפּאָזיציאָניסטען און דער פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן — איז געוואַקסען. עס וואָלט415אָבער ריכטיגער געווען צו ריידען ניט וועגען צוויי לאַגערען, נאָר וועגען דריי, וואָרים ווינטשעווסקי איז דאַן געשטאַנען אַלס אַ זעלבסטשטענדיגער קאַמף-פֿיהרער, מיט אַ באַזונדערען לאַגער.
דעליאָן האָט דאַן די „אַסאָסיאיישאָן” אָפֿען אונטערשטיצט געגען דער אָפּאָזיציע, און די „אַסאָסיאיישאָן” האָט דעליאָנ'ען אונטערגעשטיצט געגען זיינע אידישע געגנער. די אָפּאָזיציע האָט דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט גערופֿען „די קליקע”. דעליאָן האָט איהם גערופֿען „די לאָיאַלע”. זיי זיינען לאָיאַל (טריי) צו דער פּאַרטיי, האָט דאָס געהייסען.
צווישען די פֿאַסירונגען, וואָס זיינען פֿאָרגעקומען אין ניו יאָרק ארום יענער צייט, (דעם 9טען דעצעמבער, 1895), און וועלכע זיינען פֿאַרבליבען אין מיין זכרון, געפֿינט זיך די פֿאָלגענדע: אין קופּער יוניאָן איז אָפּגעהאַלטען געוואָרען אַ גרויסע פֿאַרזאַמלונג, וואו דער הויפֿטרעדנער איז געווען אלוואָרט, דער פֿיהרער פֿון דער אַנטיסעמיטישער באַוועגונג אין דייטשלאַנד. מהעאָדאָר רוזוועלט, וועלכער איז שפּעטער געוואָרען פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען, איז דאַן געווען פּאָליס-קאָמישאָנער פֿון ניו-יאָרק, און אױף צו האַלטען אָרדנונג אױף דיזער פֿאַרזאַמלונג, האָט ער ספּעציעל אויסגעקליבען עטליכע צעהנדליג אידישע פּאָליסליים, דורכאויס אידישע. מען האָט דעם אַנטיסעמיט געלאָזט ריידען, אָבער פֿון אַנטיסעמיטישע סקאַנדאַלען האָט שוין קיין רייד ניט געקענט זיין. די אידישע באַפֿעלקערונג האָט רוזוועלט'ס שריט ביי דיזער אַנגעלעגענהייט אַפּלאָדירט אַלס אַ קלוגען און גוטען שפּיצעל.
פֿון דעם 28טען דעצעמבער 1895 ביז דעם 1טען יאַנואַר 1896 איז אין וועבסטער האָל, עלפֿטע סטריט לעבען פֿערטער עוועניו, ניו-יאָרק, פֿאָרגעקומען אַ אידישער סאָציאַליסטישער „פּאַרטיי-טאָג”. דאָרטען האָט מען געהאָפֿט צו קומען צו איינינקייט. עס איז אָבער ארויסגעקומען פֿאַרקערט: די שפּאַלטונג איז נאָך ברייטער געוואָרען.
אױף דיזער קאָנווענשאָן האָט ב. פֿייגענבוים גענומען אַ שאַרפֿע שטעלונג געגען דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן”,416און אַ פּאָר טעג איז ער אייגענטליך געווען דער לידער פֿון דעם גאַנצען קאַמף. ער האָט גערעדט מיט גרויס ערביטערונג געגען דער „קליקע” און ער האָט געפֿאָדערט ענדערונגען אין דער פֿיהרונג פֿון „אַבענד בלאַט”.
ווינטשעווסקי, אַלם פֿאָרשטעהער פֿון דעם „דריטען לאַגער”, האָט אױף דיזער קאָנווענשאָן זיין זעלבסטשטענדיגע ראָלע אויפֿגעגעבען. ער איז געוואָרען איינער פֿון דער אַלגעמיינער אָפּאָזיציע געגען די „לאָיאַלע”, איינער פֿון איהרע פֿיהרער.
קראַנץ האָט די דעלעגאַטען צו דעם צוזאַמענפֿאָהר, הויפֿטזעכליך די, וואָס זיינען געקומען פֿון אַנדערע שטעדט, אויסגעלאַכט אין „אַבענד בלאַט” אַלס „ישוב'ניקעס”, וועלכע קומען קיין ניו יאָרק איבערמאַכען די וועלט. די מאַיאָריטעט פֿון דעם צוזאַמענפֿאָהר איז געווען אויפֿגעבראַכט.
איך האָב זיך געהאַלטען ווי אַן אויסערליכער באָאָבאַכטער. איך בין געווען איבערצייגט, אַז צו דער יום-טוב'דיגער שטימונג פֿון די ערשטע פֿיר יאָהר וועלען מיר שוין ניט קומען, סיידען דעליאָן זאָל פֿאַרלירען זיין מאַכט איבער דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער-פּאַרטיי; און דאָס איז געווען אַ ווייטלויפֿיגע זאַך. איך האָב זיך באַשלאָסען צוריקצוציהען אין פּריוואַט לעבען און אָפּגעבען זיך צו מיינע ליטעראַרישע שטרעבונגען אין דער ענגלישער שפּראַך. איך האָב נאָר געוואַרט, אַז לואי מילער זאָל זיך אומקעהרען פֿון אײראָפּא. דאַן וואָלט איך איהם „איבערגעגעבען די שליסלען פֿון דעם פֿאַט”, ווי איך פֿלעג זיך אויסדריקען, און וואָלט איהם מיטגעהאָלפֿען אַלס אַ אויטסיידער.
די פֿיהרער פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן” האָבען צו מיר צוגעשיקט אַ קאָמיטע פֿון צוויי, מיט אויסדרוקען פֿון רעספּעקט און קאָמפּלימענטען, און אַפּעלירענדיג אין דעם נאָמען פֿון דער באַוועגונג, האָבען זיי מיר געבעטען זיך דורכרײדען מיט זייער גאַנצער גרופּע און העלפֿען מאַכען אַ סוף צו דער שפּאַלטונג.
איך האָב זיך ענטזאָגט צו פֿאַרהאַנדלען מיט זיי, סיידען עם וועט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ פֿון ביידע צדדים. זיי האָבען דאָס נאָכגעגעבען און אַזא קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען.417„די קאָנווענשאָן האָט גיכער אויסגעזעהן ווי אַ געריכט, וואו דער אָנגעקלאָגטער איז געווען די „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן” — לעזען מיר וועגען דעם פּאַרטיי-טאָג פֿון וועבסטער האָל אין בורגין'ם געשיכטע—זי (די אַסאָסיאיישאָן) נעמט ניט אַריין קיין נייע מיטגלידער; זי גיט ניט אָפּ קיין באַריכטען וועגען פֿינאַנצען; זי פֿאַרטרייבט אינטעליגענטען. איהר טאַקטיק איז ניט צו געהן מיט דעם גראָדען וועג; זי לאָזט זיך פֿיהרען פֿאַר דער נאָז פֿון דעניעל דעליאָן; איהר סיסטעם איז אַ סיסטעם פֿון פֿאַרכאַפֿען. די „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן”, פֿון איהר זייט, האָט ארויסגעשטעלט באַשולדיגונגען געגען קאַהאַן'ען און ווינטשעווסקי'ן. קאַהאַן'ען האָט זי באַשולדיגט, אַז אַלם אַ רעדאַקטאָר פֿיהרט ער זיך אױף קאַפּריזנע, און ווינטשעווסקי'ן האָט זי באַשולדיגט, אַז ער גראָבט אונטער איהר נאָר דערפֿאַר, ווייל מען שטעלט איהם ניט ארויס אַלם רעדאַקטאָר.”
מען איז אָפּגעזעסען אַ גאַנצע נאַכט און מעהר ווי צו געגענזייטיגע באַשולדיגונגען און רייסערייען איז מען ניט געקומען. פֿייגענבוים האָט געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל דעם סכסוך איבערגעבען צו אַ שידעס-געריכט, וואָס זאָל אָפּאָינטער ווערען פֿון דער פּאַרטיי. איך האָב ערקלערט, אַז איבערגעבען די פֿראַגע צו דער פּאַרטיי, הייסט איהר איבערגעבען צו דעליאָנ'ען, וואָרים ער האָט די פּאַרטיי ביי זיך אין קעשענע; אַז דאָס הייסט „אָנקלאָגען דעם טייוועל פֿאַר זיין שווייגער”. אָבער די ווערטער „שידעס-געריכט” אָדער „פּשרה-געריכט” האָבען אַ צוציהענדען קלאַנג און די קאָנווענשאָן האָט פֿייגענבוים'ם פֿאָרשלאַג אָנגענומען.
איך האָב צוערשט ערקלערט, אַז איך וועל אין דעם שידעס-געריכט ניט נעהמען קיין אַנטייל.
צוויי דייטש-אַמעריקאַנישע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי, וועלכע האָבען זיך געפֿונען אין האָל, האָבען אַפּעלירט צו מיר, אַז איך זאָל דעם שידעס-געריכט אָנערקענען, און זיי האָבען מיר איבערגעגעבען אין אַלעקסאַנדער יאָנאַס'עס נאָמען, אַז ער ראָט מיר אױך אַזוי צו טאָן. די צוויי גענאָסען האָבען מיר פֿאָרזיכערט, אַז דעליאָן'ען פֿאַרדריסט די שפּאַלטונג און אַז ער און יונגאַ פֿאָכט ווילען מיט'ן גאַנצען האַרצען שלום. זיי האָבען מיר זאָגאַר געגעבען418אָנצוהערעניש, אַז דעליאָן אַליין וויל אויפֿגעבען זיין טאַקטיק פֿון גיפֿט און גאַל און צאַנקערייען. מיר האָט זיך דאָס ניט געגלויבט. איך האָב געמאַכט שפּאַס דערפֿון.
אָבער פֿילע פֿון אונזערע אידישע אָפּאָזיציאָניסטען זיינען געווען שטאַרק דערפֿאַר. אַלזאָ, האָב איך נאָכגעגעבען.
דער שידעס-געריכט האָט זיך אָרגאַניזירט דעם 9טען יאַנואַר, 1896. דעליאָן, יאָנאַם, סעניעל, יונגאַ פֿאָכט און הענרי קוהן (דער פּאַרטיי-סעקרעטאָר) זיינען באַשטימט געוואָרען אַלם די ריכטער.
עס זיינען פֿאָרגעקומען 18 זיצונגען. איך האָב זיך גלייך איבערצייגט, אַז קיין גערעכטען און פֿאַרנינפֿטיגען באַשלום קען מען ניט ערוואַרטען. יאָנאַם און סעניעל זיינען געווען אונזערע פֿריינד, און זיי האָבען געמיינט גוט. אָבער דעליאָן און פֿאָכט און קוהן זיינען געווען אַ מאַיאָריטעט, און זיי האָבען געאַרבייט אין די אינטערעסען פֿון דער „קליקע”. איך קען ניט זאָגען, אַז יונגאַ פֿאָכט האָט דאָ דירעקט געמיינט צו שעדיגען די אָפּאָזיציע. אָבער ער, אַזוי גוט ווי דעליאָן און קוהן, האָט זיך מיט יענעם צד געזעהן אַ סך מעהר ווי מיט אונזערען, און מיינע באַציהונגען מיט דעליאָנ'ען, פֿאָכט'ן און קוהנ'ען זיינען ניט געווען קיין פֿריינדליכע: איך פֿלעג זיך מיט זיי אַפֿילו ניט באַגריסען; אַלזאָ, האָב איך קיין מאָל ניט געהאַט קיין געלעגענהייט דורך פֿריוואַט געשפּרעכען אָפֿען און קלאָר פֿאַרצושטעלען וואָס מיר דענקען און ווי מיר פֿיהלען.
דער גוטער יאָנאַם האָט מיר אימער געטרייסט. ער האָט דעליאָנ'ען געהאַסט און צו איהם קיין צוטרויען ניט געהאַט; ער האָט אָבער געגלויבט אין דער אויפֿריכטיגקייט פֿון די אַנדערע מיטגלידער פֿון דעם שידעס-געריכט, און ער האָט געטרוימט, אַז דורך דיזען שידעס-געריכט וועט קומען אַ בעסערע לאַגע אין דער גאַנצער פּאַרטיי.
די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטיי האָט אָפּגעדרוקט אַ סטיטמעמענט וועגען דער גרינדונג פֿון אַ „סאָשעליסט טרייד ענד לייבאָר עליענס” — אַן אָרגאַניזאַציע בלויז פֿאַר סאָציאַליסטישע419יוניאָנם. איך און מילער האָבען אין דעם געזעהן אַן אָפּאָזיציע צו די אַנדערע יוניאָנם, אַ סדרה פֿון צוזאַמענשטויסען מיט זיי און — ווי איך האָב שוין ערקלערט — אַ שטערונג פֿאַר אונזער אַגיטאַציע צווישען די אַמעריקאַנער אַרבייטער. יאָנאַם האָט אױף דעם אױך אַזוי געקוקט, אָבער סעניעל האָט דעם „עליענם” געשטיצט.
אין גרונד גענומען, האָט דער פּלאַן געשטאַמט פֿון סעניעל'ען. וועגען „צוויינגען די יוניאָנם אַראָפּצושלינגען דעם סאָציאַליזם” פֿלעגט ער ריידען נאָך אײדער דעליאָן איז געוואָרען אַ סאָציאַליסט. דאָס איז ביי איהם געווען נאָר אַן אויסדרוק אַזאַ. ער איז געווען אַ היציגער מענש, אָבער דער פֿרידליכסטער מענש אין דער וועלט. ער וואָלט קיין פֿליג ניט געקענט אָנרירען; און ער האָט קיין באַגריף ניט געהאַט וואָס פֿאַר אַ מעשים דעליאָן וועט אָפּטאָן מיט זיין „עליענם”.
די ערשטע זעקס מאָנאַט פֿון יענעם יאָהר (1896), דאָס הייסט אין דער צייט ווען עס איז אָנגעגאַנגען דער פֿאַרהער פֿאַר דעם שידעס-געריכט, האָב איך פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג” געאַרבייט ווי אימער. אַ חוץ סעריעזע אַרטיקלען, האָב איך געשריבען מיינע נייע פֿעליעטאָנען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט”. אונטער דעם נאָמען „דער העסטער סטריטער רעפּאָרטער” האָב איך באַשריבען די „מזל-טרעפֿער” און קאָרטען-וואָרפֿערינס פֿון דעם אידישען קוואָרטאָל. איך האָב געענדיגט די איבערזעצונג פֿון אַ פֿראַנצויזישען ראָמאַן „די לעצטע ליבע”, פֿון זשאַרזש אָהנע, וועלכע איך האָב אָנגעהויבען אין דעם פֿאָריגען יאָהר, און איך האָב אָנגעפֿאַנגען איבערצוזעצען עמיל זאָלאַ'ם ראָמאַן פֿון אַרבייטער לעבען — „זשערמינאַל”.
צו דער זעלבער צייט האָב איך אָנגעשריבען, אױף ענגליש, אַ ראָמאַן פֿון דעם אידישען לעבען אין אַמעריקא; און אין יאַנואַר פֿון יענעם יאָהר (1896) האָט די אויבען דערמאָנטע בוכפֿירמע אַפּעלטאָן ענד קאָמפּאַני, איינע פֿון די צוויי וויכטיגסטע פּאָבלישינג הייזער אין אַמעריקא, איהם אָנגענומען. אײדער מען האָט איהם געדרוקט, האָב איך, מיט דער ערלויבניש פֿון420דער פֿירמע, איהם געגעבען אין דער „ארבייטער צייטונג" אין אן איבערזעצונג, וועלכע איך האָב אַליין געמאַכט. אױף ענגליש האָט דער ראָמאַן געהייסען „יעקל". אױף אידיש אָבער האָב איך איהם אַ נאָמען געגעבען „יאַנקעל דער יאַנקי".
אױבען איז דערמאָנט געוואָרען סערגעי סטעפֿניאַק, דער עלדישער רוסישער רעוואָלוציאָנער, וועלכען איך פֿלעג באַזוכען אין לאָנדאָן. אין דער „ארבייטער צייטונג" פֿון דעם ערשטען יאַנואַר פֿון דעם יאָהר, ביי וועלכען מיר האַלטען איצט, געפֿינט זיך מ. באַראַנאָוו'ס אַ הספּד אױף איהם. סטעפֿניאַק האָט זיין לעבען פֿאַרלאָרען דורך אַן אונגליקליכען צופֿאַל. ווען ער האָט געהאַלטען אין אריבערגעהן די באַהן-רעלסען, ניט ווייט פֿון זיין וואױנונג, אין טשיזיק, לאָנדאָן, איז אָנגעקומען אַ צוג און האָט איהם איבערגעפֿאָהרען.
אין דעם זעלבען מאָנאַט (דעם 14טען) ווערט אין דער „ארבייטער צייטונג" געמעלדעט אַ נייעס, אז אַ דייטשער פֿראָפֿעסאָר מיט'ן נאָמען רענטגען האָט ענטדעקט אזאַ מין שטראַהלען, דורך וועלכע מען קען פֿאָטאָגראַפֿירען די ביינער פֿון אַ לעבעדיגען מענשען, אָדער מטבעות, צום ביישפּיל, בשעת זיי ליגען אין אַ לעדערנער ביטעלע. דערביי ווערט געזאָגט, אז רענטגען האָט דאָס אַ נאָמען געגעבען עקס-שטראַלען. דאָס זיינען די „עקס-שטראַלען", וועלכע שפּילען היינט אזאַ אונגעהויערע ראָלע אין דער מעדיצין.
די ענטשיידונג פֿון דעם שידעס-געריכט איז געווען אַ פּשרה, פֿון וועלכער אונזער צד איז געווען ביטער ענטוישט. די ריכטער האָבען ריינגעוואַשען די „ארבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן" כמעט פֿון אַלע באַשולדיגונגען. ניט האָבענדיג פֿאַר זיך קיין דאָקומענטען, מוז איך זיך ווידער באַנוצען מיט בורגין'ס געשיכטע: „וועגען קאַהאַן לויטעט די ענטשיידונג, אז די רעדאַקציאָנעלע זייט פֿון זיין אַרבייט איז גוט. וואָס אַנבאַלאַנגט זיין אױפֿפֿיהרונג, ערקלערט זי זיך מיט דעם וואָס ער איז נערוועז און האָט אַ היציגען421טעמפּעראַמענט. וועגען דעם „אמת" און ווינטשעוווסקי'ן האָט דער געריכט ענטשידען: 1) דער רעדאַקטאָר און די אַרױסגעבער פֿון דער צייטונג זיינען שולדיג אין פֿאַרשפּרייטען און זייהען אונצוטרוי; 2) ווינטשעוווסקי איז ווייניג באַקאַנט מיט די אומשטענדען און איז אונפּאַסיג צו האָבען אונטער זיין השגחה די רעדאַקציאָנעלע פֿיהרונג; דארום האָט די „ארבייטער צייטונג" פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן געהאַט דאָס רעכט ניט איינצושטימען מיט דער קאָנוווענציאָן, דאָס ווינטשעוווסקי זאָל אָנגעשטעלט ווערען אַלס צווייטער רעדאַקטאָר; 3) ווינטשעוווסקי אָבער איז אַלס מאַלאַנטפֿולער שרייבער אַ ווערטפֿולער מיטאַרבייטער".
די ענטשיידונג איז געווען, אז איך בלייב רעדאַקטאָר פֿון דער „ארבייטער צייטונג" און קראַנץ פֿון „אבענד בלאַט". די צייטונג „אמת" זאָל אױפֿהערען צו עקזיסטירען און ווינטשעוווסקי זאָל אָנגעשטעלט ווערען אַלס מיטאַרבייטער אין „אבענד בלאַט".
איך האָב גלייך רעזיגנירט פֿון דער „ארבייטער צייטונג".
מיט אַ פּאָר וואָכען פֿריהער איז פֿאָרגעקומען אַ באַנקעט צו פֿייערען דעם יאָהרעס-פֿעסט פֿון דעם „ארבייטער-רינג פֿאַראיין". דער ארבייטער-רינג אַלם אָרדען האָט נאָך דאַן ניט עקזיסטירט. עס איז געווען בלױז איין אָרגאַניזאַציע, אַ קליינע געזעלשאַפֿט פֿון סאָציאַליסטען, וועלכע זיינען געקומען צום באַשלום, אז ראַדיקאַלע, פֿרייגעזאָנענע מענשען דאַרפֿען האָבען זייערע אייגענע לאַדזשען פֿאַר זייער געגענזייטיגער הילף — שטיצע פֿאַר אַ מעמבער, ווען ער ווערט קראַנק, און פֿאַר זיין פֿרוי, ווען ער שטאַרבט.
די אידישע אָרדענס האָבען ביים אריינטרעטען געפֿאָדערט אַ גאַנצע צערעמאָניע מיט אַן ערקלערונג, אז מען גלױבט אין גאָט.422דאָס האָט, נאַטירליך, אונזערע גענאָסען ניט געקענט זיין אָנגענעם, און מען האָט גענומען ריידען וועגען גרינדען אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר זעלבסט-הילף, וועלכע זאָל זיין פֿריי פֿון דיזע אַלע זאַכען און וועלכע זאָל זיין פֿאַרבונדען מיט דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. אױף דיזען אָרט איז געגרינדעט געוואָרען דער „ארבייטער-רינג פֿאַראיין".
אַם מעטיגסטען זיינען געווען דערביי צוווי קלאָוקמאַכער, סעם גרינבערג און הערי לאַסקער, און מ. נאָלדרייך, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער קעפּ-מאַכער יוניאָן און פֿון דער „ארבייטער-צייטונג פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן". צו זיי דריי זיינען נאכהער צוגעשטאַנען נאָך עטליכע גענאָסען, צווישען זיי מיינער אַ גוטער באַקאַנטער יוניאָן-מאַן מיט'ן נאָמען א. בעסקער (זעה „די געשיכטע פֿון ארבייטער-רינג", פֿון א. ש. זאַקס, זייט 74). דער פֿאַראיין האָט זיך געגרינדעט דעם 4טען אַפּריל, 1892, און דער יאָהרעס-פֿעסט, וועגען וועלכען איך רייד דאָ, איז פֿאָרגעקומען אין פֿריהלינג 1896 (עס קען זיין, אז איך האָב אַ טעות אין דער צייט, אָבער אזױ קומט אױס נאָך מיין חשבון, בשעת דיזע שורות ווערען געשריבען).
דער עולם איז געווען אַ קליינער. ער איז באַשטאַנען פֿון די גרינדער און פֿון נאָך עטליכע גענאָסען, און די שטימונג איז געווען אַ האַרציגע. איך געדענק דעם עיקר פֿון דער רעדע, וואָס איך האָב געהאַלטען. זי האָט זיך באַצויגען אױף דעם וואָרט „רינג", און דער הױפּט-געדאַנק איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
אַ גילדערנער רינג איז אַ שעהנע זאַך, וואָס קייטעלט צוזאַמען די הערצער פֿון אַ פֿאָר-פֿאָלק. דער „ארבייטער-רינג" קייטעלט צוזאַמען די הערצער פֿון ארבייטער. אָבער פֿון הױלע גאָלד קען מען קיין רינג ניט מאַכען; עס האַלט זיך נישט. מען מוז צומישען קופּער, כדי עס זאָל האָבען מעהר ממשות. דער „ארבייטער-רינג פֿאַראיין" איז געגרינדעט אױף דעם פֿרייען געדאַנק און אידעאַליזם. אָבער מיט אידעאַליזם אַליין קען מען אונטער דער קאַפּיטאַליסטישער הערשאַפֿט ניט לעבען. טאָמער ווערט אַן ארבייטער קראַנק, זאָל ער ניט זיין הילפֿלאָז. מען דאַרף איהם באַזאָרגען מיט מאַטעריעלער שטיצע. אָט דיזע געגענזייטיגע423מאַטעריעלע הילף, דאָס איז דער קופּער, וואָס ווערט אריינגעמישט אין דעם גילדערנעם אידעאַליזם פֿון דעם „ארבייטער-רינג פֿאַראיין", ער זאָל האָבען אַ ממשות. און אזױ איז אונזער גאַנצע באַוועגונג: אונזער סאָציאַליסטישער אידעאַליזם געהט צוזאַמען מיט אַ פּראַקטישען קאַמף צו פֿאַרבעסערען די מאַטעריעלע לאַגע פֿון דעם ארבייטער.
אין שפּעטערע יאָהרען, ווען דער „ארבייטער-רינג", אַלם אָרדען, איז שױן געוואָרען אַ ריזיגע מאַכט, מיט הונדערטער ברענטשעם און מיט פֿילע צעהנדליגע טױזענטער מיטגלידער איבער'ן גאַנצען לאַנד, האָב אױך ביי אַ געלעגענהיים, אַלם רעדנער ביי דער ערעפֿענונג פֿון זיינער אַ קאָנווענשאָן, אױסגעדריקט דעם זעלבען געדאַנק.
אַרום יענער צייט האָב איך ווידער באַזוכט אייניגע שטעדט. איך האָב געהאַלטען לעקטשורם און רעדעם אױף ענגליש און אידיש.
זייענדיג אין ראָטשעסטער אַ צווייטען מאָל, האָב איך עטליכע שטונדען פֿאַרבראַכט אין דעם דאָרטיגען משוגעים-הױז, וואָס איז אַן אַנשטאַלט פֿון דעם סטייט ניו-יאָרק.
די כלה פֿון איינעם פֿון אונזערע געאָסען איז אַראָפֿ פֿון זינען, און מען האָט איהר דאָרטען געהאַלטען; האָט ער מיר געבעטען, אז איך זאָל איהר באַזוכען. איך האָב זיין ביטע ערפֿילט, און דער וויזיט האָט אױף מיר איבערגעלאָזט אַן אונבאַשרייבליכען איינדרוק.
דעם געאָסע'ס כלה, וועלכע האָט מיר גאַנץ גוט געקענט, האָט מיר איצט ניט דערקענט. זי איז געזעסען מיט אַ בייז-פֿאַרטרויערמטער מינע, געקוקט און געשוויגען. זי איז געוווען אַ קליין-געווויקסיגע, מיט אַ שעהנער פֿיגור, אַ שוואַרץ-חנ'עוודיגע, מיט שוואַרצע האָר און שוואַרצע אויגען. די באַקען האָבען איהר איצט געגליהט און די שוואַרצע אויגען האָבען געברענט.
— וואָס מאַכט איהר? — האָב איך צו איהר געזאָגט, — איך האָב אַ גרוס צו אייך.
— איהר קענט דאָך מיר, — האָב איך ווייטער געזאָגט.424זי האָט ניט געענטפֿערט.
כ'האָב אָנגערופֿען איהר חתן'ס נאָמען. זי האָט אָבער אַלץ ניט געענטפֿערט. זי האָט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס איך זאָג. אַלע מיינע רייד זיינען געוווען אומזיסט.
אין דעם זעלבען צימער האָבען זיך געפֿונען ביי אַ צעהנדליג אַנדערע וואָהנזיניגע. אַן עלטערע אירישע פֿרוי האָט זיך געוויגט אױף אַ ראָקינג-טשער און געזונגען „מערי קאָנטרערי". אָהן אַן אױפֿהער זיך געוויגט און אָהן אַן אױפֿהער אױסגעשריען די ווערטער. אַן אַנדער אירישע פֿרוי — אין די מיטעלע יאָהרען — איז געשטאַנען און געקעמט איהרע האָר. איהרע האָר זיינען געוווען גרױ און לאַנג, האָט זי זיי צוערשט אַראָפֿגעקעמט, זיי זאָלען איהר העננען איבער'ן פּנים, און דאַן געגעבען אַ וואָרף די קאָפּ אױף הינטען, דערביי זיך צולאַכט אױפֿ'ן קול, און דאַן געקעמט די האָר איבער'ן פּלייצע. דערנאָך ווידער פֿאַרוואָרפֿען די האָר פֿאָראױם, ווידער אַ שלײדער געטאָן צוריק, ווידער אַ משונה'דיגער לאַך, און ווידער געקעמט די האָר איבער'ן פּלייצע.
מיין באַגלייטער, איינער פֿון אונזערע געאָסען, האָט מיר אָנגעוויזען אױף אַ אידישער מיידעל, ערקלערענדיג, אז זי איז „כמעט געזונט".
איך בין צוגעגאַנגען צו איהר און איהר געפֿרעגט צי זי רעדט אידיש.
— וואָס דען! — האָט זי געענטפֿערט.
זי האָט גערעדט מיט אַ ליטווישען אַקצענט. זי איז געוווען פֿון קאָוונאַ, ניט קיין הױכע, אַ בלאָנדע, מיט אַן אָנגענעמען שמייכעל.
זי האָט גערעדט וועגען דעם אַנשטאַלט און וועגען זיך. זי האָט דערצעהלט ווי מיט אַ פֿאַר וואָכען פֿריהער איז דאָרטען געוווען אַ פֿייער און ווי אזױ פּ'האָט די פּאַציענטען געראַטעוועט. זי האָט גערעדט אַבסאָלוט ווי אַ קלאָרע. אָנווייזענדיג אױף דער פֿרוי וואָס האָט זיך געוויגט און געזונגען „מערי קאָנטרערי", האָט זי איהר איבערגעקריממט: „מערי קאָנטרערי, שמערי".425— אָט אזױ ווי איהר זעהט, גאַנצענע טעג דאָס זעלבע! — האָט זי געזאָגט, — פֿון דעם אַליין קען מען דאָך משוגע ווערען.
— און וואָס איז מיט אייך? — האָב איך געפֿרעגט.
— גאָרניט, מען וועט מיר באַלד אַרױסלאָזען, — האָט זי געענטפֿערט, אַראָפֿלאָזענדיג די אױגען פֿאַרשעמטערהייט.
— דאָך, וואָס זאָגען די דאָקטױרים?
— גאָרניט, — האָט זי פֿאָרטגעזעצט, אַלץ קוקענדיג אױפֿ'ן פּלאָר, — ווען די לבנה שיינט, דוכט זיך מיר אַז עס קאַפּעט.
— פֿון וואַנען קאַפּעט?
— פֿון דער לבנה, פֿון מיין דרעם, — האָט זי געענטפֿערט, אָנווייזענדיג אױף איהר קלייד, נאָך מעהר פֿאַרשעמט ווי פֿריהער, — ס'איז גאָרניט, ס'עט איבערגעהן; ס'איז מיר שױן בעסער, מ'וועט מיר באַלד אַרױסלאָזען.
כ'האָב אין דעם אַנשטאַלט פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען. איך בין אַוועקגעגאַנגען אַ צובראָכענער מענש.
[ז׳ 381] דיזע פּאַסירונג איז פֿאָרגעקומען אין סעפּטעמבער, ווען איך בין געווען אין יוראָפּ. אָט דאָס האָט דער דערמאָנטער סטיוווען קופּער געמיינט ווען ער איז געקומען מיך אָפּנעהמען פֿון שיף און מיר מיר אייניגעראַמט אַ סוד אַז „ביי אונז איז טראָבעל" (זעה אָנפֿאַנג פֿון דעם צעהנטען קאַפּיטעל, פֿון דיזען באַנד).
[ז׳ 386] מיר פֿלעגען דאָס רופֿען „דער אַמעריקאַנער לייבאָר ליסעאום", אום מען זאָל איהם גיט צוזאַמענמישען מיט אונזער לייבאָר ליסעאום פֿון 91 דילענסי סטריט.
[ז׳ 391] מיט אַ פּאָר יאָהר שפּעטער איז צו מיר, אויף אַ מיטינג, צוגעקומען אַן אַמעריקאַנער גענאָסע און האָט צו מיר געזאָגט די פֿאָלגענדע ווערטער: „גענאָסע קאַהאַן, איהר געדענקט יענעם מיטינג, וואו איהר האָט גערופֿען דעליאָן’ען ליגנער? איהר געדענקט וואָס פֿאַר אַ מהומה עס איז געוואָרען? וועל, איך בין אייגער פֿון די וואָס זיינען דאַן געווען אויף אייך שרעקליך אויפֿגעבראַכט. איך וויל אייך איצטער אויסזאָגען, אַז איך האָב דאַן געכאַפּט אַ טשער און איך האָב זיך געוואָלט פֿאַרמעסטען אויף אייך. אַזוי ווילד בין איך געוואָרען. מען האָט מיך קוים צוריק געהאַלטען. זינט דאַן האָב איך זיך ערקונדיגט אַז איהר האָט יענעם אוונד געהאַט רעכט, און אַז איהר האָט געהאַט רעכט מיט אייער גאַנצען קאַמף געגען דעליאָן’ען. איך האָב איהם צוערשט ניט פֿאַרשטאַנען.”
[ז׳ 397] עס האָבען זיך אין אַלגעמיין געטראָגען קלאַנגען, אַז ער איז אַ איד. ער איז אייגענטליך געבוירען געוואָרען ניט אין וועניזועלא גופֿא, ווי ער האָט מיר מעהרערע מאָל געזאָגט, נאָר אויפֿ׳ן קליינעם אינזעל קוראַסאָא, וועלכער געפֿינט זיך לעבען וועניזועלא, אָבער וועלכער געהערט ניט צו יענער רעפּובליק, נאָר צו האָלאַנד. קוראַסאָא איז אַ האָלענדישע קאָלאָניע, און די אייגנוואוינער ריידען אַ מין האָלענדישען זשאַרגאָן, וועלכער איז דורכגעמישט מיט שפּאַנישע ווערטער. אין דער ענציקלאָפּעדיע געפֿינט מען אַז דאָרטען האָבען זיך מיט אַ פּאָר הונדערט יאָהר צוריק באַזעצט אַ היבשע צאָהל אידען און אַז כּמעט אַלע געשעפֿטס-לייט פֿון קוראַסאָא זיינען אידען. צווישען די נעמען פֿון אַזעלכע אידישע פֿאַמיליען געפֿינט זיך דער פֿאַמיליע-נאָמען דעלעאָן (מיר פֿלעגען איהם רופֿען ד ע ל י אָ ן, אָדער דיליאָן, אויפֿן ענגלישען שטייגער).