בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

צװעלפֿטער קאַפּיטל

װי אַזױ עס איז געקומען צו דער גרינדונג פֿון „פֿאָרווערטס"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 426–458, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 426 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אין האַרלעם. — נייע וואױנונגען. — ניו יאָרק וואַקסט מיט אַ מאַשינאָווען וואוקס. — דער ריעל-עסטייט „בום".

426אין דער „ארבייטער צייטונג" איז דאַן געגאַנגען מיין איבערזעצונג פֿון זאָלאַ'ס ראָמאַן „זשערמינאַל", אונטער מיין שריפֿטנאָמען „דוד בערנשטיין". ווען מען בלעטערט דורך דעם יאָהרגאַנג 1896, געפֿינט מען דיזען נאָמען נאָר ביז דעם נומער פֿון 15טען מאַי. אין דעם נעקסטען נומער, דעם 22טען מאַי, ערשיינט די איבערזעצונג שױן אָהן אַ נאָמען. פֿון דאַן אָן האָט איהר געמאַכט אַן אַנדערער (קראַנץ, דאַכט זיך).

אין דער וואָך צווישען דעם 15טען און 22טען מאַי האָב איך אַלזאָ געגומען האַק און פּאַק, בין אַוועק פֿון דער רעדאַקציע און אָפּגעשניטען מיינע פֿאַרבינדונגען מיט דער פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן.

מיין פֿרוי איז דאַן געוווען אין קיעוו אױף אַ באַזוך ביי איהר מוטער און פֿאַמיליע, און מיללער, וועלכער איז נאָך געוווען אין יוראָפּ, איז אריבערגעפֿאָהרען קיין אָדעם, וואו ער האָט געהאַט אַ שוועסטער, און פֿון דאָרטען איז ער געפֿאָהרען קיין קיעוו, צו באַזוכען מיין פֿרוי.

איך האָב זיך אױף יענע מאָנאַטען באַזעצט ביי אַ פֿאַמיליע פֿון אַ שריפֿטזעצער מיט'ן נאָמען ראָנקין, וועלכער איז דאַן געוווען דער פֿאָרמאַן איבער די שריפֿטזעצער פֿון דער אַססאָסיאיישאָן'ס דרוקעריי.427מיין קוואַרטיר ביי די ראָנקינס איז אין מיין זכרון פֿאַרבונדען מיט אַ וויכטיגען קאַפּיטעל אין דער געשיכטע פֿון ניו יאָרק. די קוואַרטיר גופֿא, די הױז, אין וועלכער זי האָט זיך געפֿונען, איז מיט דעם פֿאַרבונדען. צוערשט אַ פּאָר ווערטער וועגען דער דאַמאָלסדיגער לאַגע אין באַצוג צו דער בױ-אינדוסטריע. נאָך דעם קריזיס פֿון 1893—1894 האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ צייט פֿון „פּראָספּעריטי", פֿון בליהענדע געשעפֿטען. אַלם רעזולטאַט האָט זיך אין דעם זומער, ווען איך האָב רעזיגנירט פֿון דער „ארבייטער צייטונג", אָנגעהױבען אַ ברענענדיגע טעטיגקייט צו פֿאַרגרעסערען די שטאָדט. די פֿאַרגרעסערונג איז פֿאָרגעקומען אױפֿ'ן עכטען אַמעריקאַנער שטייגער — ניט ביסלעכווייז, ניט לאַנגזאַם, ווי עס וואַקסט אַ אירעאָפּעאישע שטאָדט, נאָר מיט אַ נערוועזער האַסט. אזױ ווי איבער נאַכט זיינען אױסגעוואַקסען צעהנדליגע און צעהנדליגע נייע בלאָקס מיט מױערען.

אין די פֿערצעהן יאָהר, וואָס איך האָב ביז דאַן פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא, האָט ניו יאָרק זיך ווייניג געענדערט. אי אין גרױס, אי אין אַלגעמיינעם אױסזעהן איז זי געבליבען כמעט די זעלבע. ווייטער ווי די הונדערטע סטריט האָט זי זיך ניט געצויגען. דאָרטען האָבען זיך שױן אָנגעפֿאַנגען פּוסטע פֿעלדער און פֿעלזען. די 90טע סטריט און זאָגאַר די 70טע האָט געהייסען „ווייט אַפּטאַון", און אין די אַלטע פֿאַרבױטע טיילען פֿון דער שטאָדט, אין דעם ביזנעס צענטער, זיינען די העכסטע געביידעם געוווען ניט העכער ווי 14 עטאַזש די הױך. אין יענער צייט האָט מען גענומען אױפֿבױען נייע קוואַרטאַלען אַפּטאַון און אַלץ העכערע און העכערע מױערען — „הימעל-קראַצערס" — אין דעם קאָכעדיגען ביזנעס-געגענד פֿון דאון-טאון. און די עלעוויטאָרס אָדער „ליפֿטם" זיינען אין אַמעריקא ענטוויקעלט געוואָרען צו אַ מדרגה, פֿון וועלכער מען האָט אין אירעאָפּא קיין באַגריף ניט געהאַט*.428מײַן קוואָרטיר בײַ די ראָנקינס איז געווען אין אײַנער פֿון די דאָזיגע נײַע געבײַדעמס. אויף דער 102טער סטריט האָט זי זיך געפֿונען. דער גאַנצער בלאָק און פֿילע בלאָקס ווײַטער זײַנען געווען נײַע, אָדער זיי האָבן זיך ערשט געהאַלטען אין בויען.

אַ פֿיבערישע בוי-טעטיגקייט איז אָנגעגאַנגען אפֿטאָוון אין ניו יאָרק און אין דער אידישער בראָנזוויל אין ברוקלין.

עס האָט געקאָכט מיט ריעל-עסטייט ספּעקולאַציע. מען האָט געקויפֿט און פֿאַרקויפֿט לאָטס, פֿאַרטיגע הײַזער, האַלב-פֿאַרטיגע. ווער עס האָט נאָר געהאַט אַ פֿאָר הונדערט דאָלאַר, האָט זיך געכאַפֿט צו ריעל עסטיים. אין די אידישע קוואָרטאַלען האָט דער פֿיבער אַרומגעכאַפֿט אַ היבשע צאָל פֿון אונזער אימיגראַנטען-באַפֿעלקערונג, זיצענדיג בײַ אַ טעלער זופּ אָדער אַ גלאָז טהיי אין אַ רעסטאָראַן, פֿלעגט מען קויפֿען און פֿאַרקויפֿען לאָטס אָדער 5-עטאַזשיגע געבײַדעמס, אָדער אַ געשריבענעם צוזאָג אַזאַ מסחר צו מאַכען. מעקלערס האָבן גענומען קאָמישאָן. דער וואָס האָט געגעבען האַנד-געלד, און באַקומען אַ קאָנטראַקט, האָט דעם קאָנטראַקט פֿילייכט באַלד פֿאַרקויפֿט אָן אַנדערען און געמאַכט אַ פֿאַר טויזענט דאָלאַר פּראָפֿיט נאָך אײַדער ער האָט געענדיגט די גלאָז

אַפֿיסעם אין דער נאַכבאַרשאַפֿט פֿון די קאָורטס. אַלע געלט-ספּעקולאַנטען מוזען האָבען זייער ביזנעס אין דער נאַכבאַרשאַפֿט פֿון דער בערזע און די גרויסע באַנק געשעפֿטען. אַלזאָ, וואָקסען די דאָזיגע ביזנעס קוואָרטאַלען צום הימעל-צו, כדי צו בלײַבען אין דעם צענטער אָדער וואָם נעהענטער צום צענטער. אזוי איז אין אַלע אַמעריקאַנער שטעדט. אפֿילו אַזעלכע שטעדט וואָס האָבען ניט מעהר ווי הונדערט טויזענד אײַנוואוינער האָבן הימעל-קראַצערס. אָבער אין ניו יאָרק איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלע אורזאַכע דערצו: די אַלטע טייל פֿון שטאָדט שטעהט אויף אַ שמאָלען אינזעל. אין דער ברייט האָט זי ניט וואו צו וואַקסען מוז זי וואַקסען אין דער הויך. אין די לעצטע 30 יאָהר איז אויך אונגעהײַער שטאַרק פֿאַרבויט געוואָרען ברוקלין, און עס זײַנען ענטוויקעלט געוואָרען נײַע קוואָרטאַלען ווײַטער פֿון דעם דערמאָנטען אינזעל — אין די בראַנקס. אָבער דאָס אַלץ איז פֿאַר פֿילע מענשען צו ווײַט פֿון די צענטערען. אַ גרויסע טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג וויל אַלץ בלײַבען אין ניו יאָרק גופֿא.

ווען איך בין געקומען קיין אַמעריקאַ, האָט ניו יאָרק געהאַט אײַן צענטער. איצט האָט זי שוין עטליכע צענטערען.

צוערשט זײַנען די „הימעל-קראַצערס" געווען נאָר אין די גרויסע429טהיי. אַ זײַטיגער מענש, וואָס האָט זיך צוגעהערט צו דעם האַנדעל, פֿלעגט זיך צוטשעפּען אַלס אַ מעקלער און אפֿט פֿלעגט מען איהם מוזען געבען אַ פּראָצענט.

די ראָנקינס האָבן געוואוינט אויף 102טער סטריט לעבען לעקסינגטאָן עוועניו. די הויז איז געווען אײַנע פֿון אַ צייל נײַע טענעמענטס. דער גאַנצער געגענד איז באַשטאַנען פֿון עטליכע אָקאַרשט-אויסגעבויטע מויערען, אָדער פֿון אַזעלכע וואָס האָבען זיך נאָך געהאַלטען אין בויען. מיט אַ האַלב יאָהר צוריק זײַנען דאָ געווען לאָנקעס און פֿעלזען. איצט האָט מען די פֿעלזען גענומען אויפֿרײַסען מיט דינאַמיט און דעם גאַנצען שטח האָט מען אָנגעהויבען צו פֿאַרוואַנדלען אין צײַלען פֿון נײַע טענעמענטס. בײַ אַכט, נײַן בלאָק איז די אומוואַנדלונג געגאַנגען אין דער לײַנג (אונגעפֿעהר ביז 110טער סטריט), ווערהרענד אין דער ברייט איז זי געגאַנגען פֿון דער דריטער עוועניו ביז דער פֿינפֿטער. אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, און ווײַטער פֿון 110טער סטריט איז פֿאַרלויפֿיג נאָך אַלץ געווען „קאָנטרי". און אין מיטען פֿון דעם קוואָרטאַל, וואָס מען האָט שוין גענומען פֿאַרבויען, זײַנען ערטערווײַז דערווײַיל נאָך אויך געבליבען שטיקער גרינע לאָנקע און

געשעפֿטס-געגענדען און זיי זײַנען געווען געברויכט נאָר פֿאַר אָפֿיסעס (קאָנטאָרען, ביוראָס). די לעצטע יאָהרען האָט מען אָבער גענומען רויזיגע מויערען געברויכען פֿאַר וואוינונגען אויך. ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, זײַנען שוין פֿאַראַן צעהנדליגע און צעהנדליגע אַזעלכע בילדינגס און מען בויט אַלץ מעהר און מעהר. און וואָס העכער די וואוינונג איז, אַלץ טײַערער צאָהלט מען פֿאַר איהר. וואָרים וואָס העכער, אַלץ פֿרײַער און בעסער איז די לופֿט. און אין ניו יאָרק, וועלכע איז פֿאַרצאַמט מיט הויכע געבײַדעמס, איז לופֿט אַ טײַערער אַרטיקעל.

ווען אַ געגענד ווערט פֿאַרבויט און וויכטיג פֿאַר ביזנעס, וואַרפֿט מען דאָרטען אַרונטער די קלענערע געבײַדעמס און מען שטעלט אויף הימעל-קראַצערס. בשעת דיזע שורות ווערען געשריבען, וואַרפֿט מען אַרונטער איניגע פֿון די שעהנסטע און רײַכסטע פּאַלאַצען פֿון ניו יאָרק אום צו מאַכען פּלאַץ פֿאַר צוואַנציג אָדער דרײַסיג עטאַזשיגע מויערען. דער פּרײַז אויף ריעל עסטייט איז אין דעם געגענד אזוי געשטיגען אַז דער מיליאָנער לוינט צו צו זײַן דרײַ אָדער פֿיר עטאַזשיגען פּאַלאַץ אַן אײַגענס. עס לוינט זיך איהם ניט.430גרויע פֿעלזען. דאָ און דאָרט האָט מען געהערט דעם קראַך פֿון אַן עקספּלאָדירענדען שטיינערנעם באַרג; דאָ און דאָרטען האָבען געהווישעט „דעריקס" בײַם גראָבען אַ פֿונדאַמענט; און אויף בלאָקס און בלאָקס זײַנען שוין געלייגט געוואָרען ציגעל; עס איז צוגעקומען אַן עטאַזש נאָך אַן עטאַזש; עס זײַנען געוואַקסען ווענט; עס האָבען זיך באַוויזען פֿענסטער. עס האָבען אַרומגעשמייעט בריק-לעיערס, קאַרפּענטערס, פּיינטערס, ריעל-עסטייטניקעס, בעלנים אויף נײַע דירות — אַלץ אידען, אונזערע אידישע אימיגראַנטען פֿון רוסלאַנד, פֿון פּוילען, פֿון גאַליציע, פֿון רומעניען.

די נײַע וואוינונגען זײַנען געווען מיט די „לײַטעסט איםפּרואווומענטס", די נײַעסטע פֿאַרבעסערונגען. כמעט יעדער אַפּאַרטמענט האָט געהאַט אַ באַד-רום מיט פֿאַרצעלײַבלישטשענדע וואַנעס; כמעט אין יעדער הויז איז געווען עלעקטרישע באַלײַכטונג און אַן עלעקטרישער גלעקעל אָנצוקלינגען און צו עפֿענען די טיר. מען גים נישט אונטען אַ קוועטש אַ קנעפּעל דערהערט מען אויבען, און אין שטוב גיט מען אַ דריק אַ קנעפּעלע עפֿענט זיך אונטען אויף די טיר. אַך, ס'אַראַ וואונדער! ס'אַראַ „ווײַגאַדע" אַן אַריסטאָקראַטישע! היינט קראַנען, פֿון וועלכע עס געהט שטענדיג קאַלטע און הייסע וואַסער! מען דאַרף גאָרניט וואַרימען. ס'געהט פֿאַרטיגע. שטעל אונטער די דישעס אָדער די גרעט און וואַש! היינט אַ „דאַם-ווייטער", וואָס נעמט אַרונטער די מיסט!

ווער האָט דאָס געוואואוסט פֿון אַזעלכע זאַכען אין די אַלטע טענעמענט הײַזער דאַון-טאַון? פֿאַר אַ באַלעבאָסטע זײַנען די אַלע „אימפֿרואווומענטס" געווען פּשוט אַ צויבער-גליק. זיי האָבען איהר פֿאַרשפּאָרט אַרבייט, גרינגער געמאַכט צו האַלטען די רומס קלין.

וויכטיגער פֿון אַלץ איז געווען דער פֿאַקט, אַז די נײַע הײַזער האָבען געהאַט ליכט און לופֿט. אין די אַלטע טענעמענט הײַזער האָבען פֿילע פֿון די רומס דאָס ניט געהאַט. צווישען אײַן הויז און דער נעקסטער איז קיין פֿרײַער פּלאַץ ניט געווען. פֿילע פֿון די פֿענסטער זײַנען אַרויסגעקומען האַרט בײַ דער נעקסטער וואַנט. כמעט אין אַ העלפֿט פֿון אַלע בעדרומס אין די ניו יאָרקער טענעמענט הײַזער האָט געהערשט אַן אייביגע נאַכט, אַ דושנע431פֿינסטערניס. די נײַע הײַזער אָבער האָט מען שוין געבויט אזוי, אַז צווישען צוויי טענעמענטס איז געווען אַן „ער שעפֿט", אַ פֿרײַער צווישען-פּלאַץ, און כמעט אַלע צימערען זײַנען געווען ליכטיגע און לופֿטיגע. און דערנאָך האָט די שטאָדט אָנגענומען אַ געזעץ אַז אַנדערש בויען טאָר מען גאָר ניט, הגם די אַלטע האָט מען ערלויבט צו שטעהן. עס איז געוואָרען אַ געלאָף נאָך רומס אין די נײַע בילדינגס.

ווען אַן אַרבייטער פֿאַמיליע פֿלעגט אַרײַנמופֿען אין אַזאַ אַפּאַרטמענט פֿון פֿיר אָדער פֿינף ליכטיגע צימערען מיט עלעקטרישע באַלײַכטונג, מיט עלעקטרישע גלעקלעך, מיט אַ „באַדע-רום" און מיט אַ „דאַם-ווייטער", וואָס נעמט אַרונטער די גאַרבעדזש, פֿלעגען זיי זיך פֿיהלען גליקליך און שטאָלץ, אזוי ווי זיי וואָלטען פּלוצלונג פֿון קבצנים מיליאָנערען געוואָרען.

אַ גרויסע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די שפּאַנגעל-נײַקייט פֿון די הײַזער. אַלץ איז געווען פֿריש, אַלץ האָט געבלישטשעט: די פֿאַרב, די פֿאָליר, די וואַנט-פּאַפּיר, די מעשענע קראַנען. אין אַ קורצער צייט איז דאָס אַלץ געוואָרען אָפּגעבליאַקירט, פֿאַר'חשך'ט, וואָרים אַלץ איז געווען פֿון אַ ביליגען מאַטעריאַל. אָבער ווען עס איז געווען ניי, האָט דאָס געלויכטען און געפֿינקעלט.

יעדע בעל-הבית'טע ציהט צו אַ נײַער קוואָרטיר. און דאָ זײַנען די נײַע קוואָרטירען געווען אַזעלכע „פֿריצישע", ליכטיגע, מיט אַזעלכע נײַעסען, מיט די „לײַטעסט אימפֿרואווומענטס"!...

מען האָט די נײַע רומס צוכאַפֿט ווי צוקער. די הײַזער זײַנען געוואָרען געפּאַקט נאָך אײַדער מען האָט זיי געענדיגט בויען.

די רענט אין די נײַע הײַזער איז צוערשט געווען ניט הויך. עס האָט אויסגעזעהן ווי אַן איבעראַשענדע מציאה. אָבער דאָס רוב פֿלעגט מען שוין נעהמען מיט אַ צימער מעהר ווי מען איז געוואוינט געווען און ס'האָט געקאָסט טײַערער. אזאַ קליפּה איז שוין געלעגען אין די נײַע רומס. אין די אַלטע פֿינסטערע טענע-מענטס איז די קיטשען געווען די דײַנינג-רום אויך. ווי קען מען אָבער אויסקומען אָהן אַ באַזונדערע דײַנינג-רום432אין אַ „פּאַלאַץ" מיט עלעקטרישע גלעקלאַך? אַלזאָ, האָט שוין די רענט באַטראָפֿען אַ סך מעהר ווי מען איז געוואוינט געווען צו צאָהלען. דער מאָן האָט זיך אפֿשר געקוויינקעלט. די „מיסעס" האָט איהם אָבער ניט געלאָזט רוהען ביז ער האָט נאָכגעגעבען. מען האָט זיך אָנגעטאָן אַ כח און גענומען מיט אַ רום מעהר. אז שוין וואוינען ווי בײַ לײַטען, טאָ זאָל שוין זײַן מיט לײַטען צוגלייך...

באַלעבאָסטעס זײַנען באַזויפֿען געוואָרען מיט אַ נײַער אַמביציע צו מופֿען אפֿטאָון אין די הײַזער מיט די „לײַטעסט אימפֿרואוומענטס". כלות האָבען געטרוימט וועגען רומס מיט די „לײַטעסט אימפֿרואוווומענטס". וויבער האָבען פֿאַרנאַכלעסיגט זייער הויז-אַרבייט, געפֿאָהרען אפֿטאָון און פֿאַרבראַכט גאַנצענע טעג, זוכענדיג, באַקוקענדיג, קלײַבענדיג רומס מיט די „לײַטעסט אימפֿרואוווומענטס". מען האָט זיך געפֿרעהט; מען האָט געהאַט האַרץ-קלעמעניש. מען האָט זיך באַריהמט, מען האָט ניט פֿאַר-גונען; מען האָט זיך גערייצט, געוואָרען בלוט-שונאים. גאַנצענע טעג און אָוונדען פֿלעגט מען נאָר ריידען וועגען די נײַע הײַזער מיט די רומס וואָס האָבען די „לײַטעסט אימפֿרואוווומענטס".

דער געגענד, וועגען וועלכען דאָ האַנדעלט זיך, הייסט האַרלעם. אזוי איז זײַן נאָמען נאָך פֿון דער צייט, ווען ניו יאָרק האָט געהייסען „ניו-אַמסטערדאַם" און האָט געהערט צו די האָלענדער, וועלכע האָבען איהר ענטדעקט (האַרלעם איז דער נאָמען פֿון אַ שטאָדט אין האָלאַנד).

מען האָט אַלזאָ גענומען אויפֿבויען האַרלעם. איך האָב אויבען געזאָגט, אַז פֿאַרלויפֿיג האָט מען צו נאָרטה געבויט נאָר ביז 110טער סטריט, און צו וועסט ביז דער 5טער עוועניו. עס האָט אָבער לאַנג ניט געדויערט און דער שטח איז אינגאַנצען פֿאַרבויט געוואָרען; און דאַן האָט מען גענומען בויען ווײַטער פֿון 110טער סטריט אפֿ-טאַון-צו, און אויך אויף דער 5טער עוועניו; און נאָך שפּעטער אַביסעל — אויף לענאָקס עוועניו; און נאָך שפּעטער — אויף 7טער עוועניו.433און אין אַ פּאָר יאָהר אַרום האָט זיך די זעלבע פֿיבערישע טעטינגקייט אָנגעפֿאַנגען אין דעם ווײַטערען געגענד אפֿטאַון, אין דעם גרויסען בראָנקס. און ווידער האָט מען באַשאַפֿען אַ נײַע גרויסע שטעדט, אַ פֿיל גרעסערע ווי האַרלעם. און צו דער זעלבער צייט איז עהנליכעס אָנגעגאַנגען אין אַן אַנדער טייל פֿון ניו יאָרק, אין וואַשינגטאָן הײַטס. ווידער איז אַ נײַער גרויסער געגענד אויסגעוואַקסען. און אויף יענער זייט איסט ריווער, אין ברוקלין, איז אויך דעם זעלבען שטייגער און צו דער זעלבער צייט בראָנזוויל געוואַקסען ווי אויף הייוועןַ.

עטליכע גרויסע שטעדט, יעדע אזוי גרוים ווי וואָרשע אָדער אָדעם, אָדער גרעסער, זײַנען געשאַפֿען געוואָרען אין ניו יאָרק גופֿא, אין עטליכע יאָהר צייט; נײַע שטעדט מיט נײַע קאַבעדיגע צענטרען, נײַע קאָבעדיגע וועלטען. דאָס אַלץ איז צוגעקומען און איז געוואָרען אַ טייל פֿון דער נײַער וועלט-שטאָדט, וואו עס האָט זיך אָנגעהויבען די נײַע, די ריזיגע אידישע אײַנוואַנדערונג.

און דאָס אַלץ איז אויפֿגעטאָן געוואָרען מייסטענס פֿון אונזערע רוסישע, פּוילישע און גאַליצישע אידען. די ריעל-עסטייטניקעס און די בילדערס זײַנען געווען אונזערע אימיגראַנטען; די אַרבייטער — די בריק-לייערס, די קאַרפּענטערס, די פּיינטערס — אויך אונזערע אימיגראַנטען (אײַניגע פֿון די אַרבייטער זײַנען נאָכהער געוואָרען רײַכע בילדערס און ריעל-עסטייטניקעס), און די טענענטס — אויך אונזערע אימיגראַנטען.

שפּעטער האָבען אײַניגע פֿון דיזעלבע אידישע בילדערס זיך גענומען בויען בויען דעם טײַערסטען סאָרט אַפּאַרטמענט הײַזער — פֿאַר די רײַכסטע טענענטס אין די רײַכסטע געגענדען, פֿאַר קריסטען אזוי גוט ווי פֿאַר אידען.

אין אײַראָפּאַ געהען אוועק הונדערטער יאָהרען אײַדער עס וואַקסט אויס אַ גרויסע שטאָדט. אין אַמעריקאַ זײַנען די גרעסטע שטעדט אויסגעוואַקסען אין אַ קורצער צייט. אזוי ווי434פֿון אַ ריזיגען פֿורעם וואָלט מען אויסגענאָסען הונדערטע גרויסע מויערען מיט אַמאָל.

די גרויסע רײַכע אַמעריקא מיט איהרע צעהנדליגע גרויסע שטעדט איז ענטוויקעלט געוואָרען אין עטליכע צעהנדליג יאָהר — נאָך דער מלחמה איבער נעגער-שקלאַפֿעריי; און איצט איז עט-וואָס עהנליכעס געשעהן אין ניו יאָרק גופֿא. עס האָט זיך פֿאַנאַנדערגעקאָכט אַ ריזיגער ריעל עסטייט „בום" (און דאָס זעלבע אויך אין שיקאַגאָ, אין קליוולאַנד, אין לאָס אַנדזשעלעס און אין צעהנדליגע אַנדערע שטעדט). נײַע ריזען-גרויסע קוואָרטאַלען אויף דעם פּלאַץ פֿון פֿעלדער; און צו דער זעלבער צייט זײַנען די אַלטע ביזנעס-קוואָרטאַלען געוואַקסען צום הימעל צו.

עס איז כמעט ניט געווען קיין אײַן געגענד, וואו מען זאָל ניט אַרונטעררײַסען צעהנדליגע אַלטע געבײַדעמס און אויפֿשטעלען נײַע, פֿון דעם נײַעם סאָרט. נאָך גאָר נײַע מויערען האָט מען פֿאַרניכטעט צו מאַכען פּלאַץ פֿאַר גרעסערע און בעסערע. אין אַ קורצער צייט אַריים איז די שטאָדט געווען ניט צו דערקענען.

און אין דיזע אַלע אונטערנעהמונגען אין ניו יאָרק האָבען די רוסישע, פּוילישע און גאַליצישע אידען די וויכטיגסטע ראָלע געשפּילט. זעהר אפֿט האָט אַ איד, וואָס קען קוים אויסרײַדען אַן ענגלישען וואָרט, אויפֿגעבויט גאַנצע בלאָקס מיט מויערען; און זעהר אפֿט האָט ער דאָס אויפֿגעטאָן מיט אַ סך מעהר קאָפּ-דרעהעניש ווי קעש. היימישע סטאַליאַרעס, מוליאַרעס אָדער העניללער, אָדער אפֿשר גאָר מלמדים, האָבען מיט אַ פֿאַר טויזענט צונויפֿגעבאַרגטע דאָלאַרס זיך פֿאַרמאָסטען אויף אונטערנעמונגען אויף אַ פֿאָר מיליאָן. ניט זעלטען האָבען אַזעלכע מענשען געענדיגט אין אַ צדקה-הויז אָדער אין אַ משוגעים-אַנשטאַלט. אָבער ניט זעלטען זײַנען זיי טאַקע מיליאָנערען געוואָרען.

די קוואָרטיר, וואו איך האָב זיך באַזעצט יענעם זומער, איז אַלזאָ געווען אײַנע פֿון די נײַע. זי איז געשטאַנען אין האַרלעם בײַ דעם אָנהויב פֿון דער געבוי-מהומה. פֿון יענע435עטליכע צעהנדליג מויערען האָט זיך דאָס אָנגעהויבען די פֿלאַקערדיגע טעטיגקייט, מיט וועלכער אידישע אימיגראַנטען האָבען אָנגעפֿאַנגען צו דער גרעסטער שטאָדט פֿון אַמעריקא נײַע גרויסע שטעדט צוצובויען.

2

[טאָפּיק] „יעקל". — „דעפּוטאַטען" אָדער „לאָרדען"? — מילער. — אַ פֿרידענס-קאָנפֿערענץ. — אום „אַרבייטער-צייטונג". — ווידער קאַמף.

יענעם זומער איז ערשינען מײַן ענגלישער ראָמאַן „יעקל". איך האָב געהאַט אַ גאַנצע רייע אַנגענעהמע ערפֿאַהרונגען. איך האָב זיך געזעהן מיט אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער, קינסטלער, זשורנאַליסטען. איך האָב פֿאַרבראַכט אינטערעסאַנטע שטונדען*.

איך האָב באַקומען אײַנלאַדונגען צו שרײַבען ערצעהלונגען פֿאַר אַמעריקאַנער זשורנאַלען. צוליב דעם דעליאָניזם, האָט די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאָרטיי בײַ מיר פֿאַרלאָרען איהר חן, ווי אַ שעהנער עפֿעל, אין וועלכען מען געפֿינט אַ וואָרים. ווי געזאָגט: ווען מילער וואָלט דאַן געווען אין ניו יאָרק, וואָלט איך זיך צוריקגעצויגען. איך וואָלט זיך אָפּגעגעבען צו ליטעראַרישע אַרבייט. אזוי אָבער האָב איך פֿאָרטגעזעצט מײַן פֿיהרערשאַפֿט פֿון דער „אָפּאָזיציע".

צווישען די אָפּאָזיציאָניסטען, וועלכע האָבען מיך דאַן אפֿט אָפֿט באַזוכט, איז געווען וינטשעווסקי און דער אויבען-דערמאָנטער מאיר גיללים. דער לעצטער האָט גראָד געוואוינט אין האַרלעם, ניט ווײַט פֿון מײַן קוואָרטיר.

די מאָנאַט-שריפֿט „צוקונפֿט", וועלכע איז קאָנטראָלירט געווען ניט פֿון דער אַסאָסיאיישאָן, נאָר פֿון דער אָפּאָזיציע,436האָב איך פֿאָרלויפֿיג פֿאָרטגעזעצט צו רעדאַקטירען זי האָט אָבער קיין סך צייט ניט געפֿאָדערט.

יענעם זומער האָב איך, אין די אינטערעסען פֿון אונזער קאַמף, אין דער „צוקונפֿט" געהאַט אַן אַרטיקעל, אין וועלכען עס איז אויסגעדריקט געווען דער פֿאָלגענדער געדאַנק:

דער ענגלישער פֿאַרלאַמענט באַשטעהט פֿון אַ „האַוס אָוו קאַממאָנס" און אַ „האַוס אָוו לאָרדס". אין דער ערשטער זיצען ד ע פּ ו ט אַ ט ן, דאָס הייסט אויסערוועהלטע פֿאָרשטעהער פֿון פֿאָלק. די „האַוס אָוו לאָרדס", ווידער, באַשטעהט פֿון מענשען, וועלכע קיינער האָט ניט געוועהלט, קיינער האָט ניט געשיקט. זיי רעפֿרעזענטירען נאָר זיך אַליין; זיי ירש'ענען דעם טיטול „לאָרד" פֿון זייערע פֿאַטערס, אָדער זיי באַקומען איהם פֿון דעם קעניג. די דעפּוטאַטען ווערען ערוועהלט אויף אַ באַשטיממטער צייט; די „לאָרדס", ווידער, זיינען מיטגלידער פֿון דער „האַוס אָוו לאָרדס" אַזוי לאַנג ווי זיי לעבען; און ווען אַ לאָרד שטאַרבט, געהט דער „דזשאָב" איבער צו זיין עלטסטען זוהן. נעמענדיג דאָס אַלם משל, וויייז איך אָן, אַז די „אַרבייטער צייטונג פֿאַבלישינג אַסאָסיאיישאָן" איז ניט קיין „האַוס אָוו קאַממאָנס", נאָר אַ „האַוס אָוו לאָרדס". איהרע מעמבערס זיינען פֿון קיינעם ניט עלעקטעד. זיי רעפֿרעזענטירען נאָר זיך אַליין. אַלזאָ, פֿאָדערט די אָפּאָזיציע אַז די מיטגלידער פֿון דער אַסאָסיאיישאָן זאָלען ערוועהלען פֿאָרשטעהער פֿון די פֿאַרשידענע יוניאָנס און סאָציאַליסטישע פֿאַראיינען, און אויב אַ יוניאָן זאָל וועלען, זאָל זי איהר פֿאָרשטעהער קענען פֿון דער אַסאָסיאיישאָן צוריקציהען און אויף זיין פּלאַץ שיקען אַן אַנדערען. איך האָב געפֿאָדערט, אַז די מיטגלידער פֿון דער אַסאָסיאיישאָן זאָלען זיין ניט „לאָרדס", נאָר „דעפּוטאַטען".

עס איז געוואָרען אַ מהומה. פֿון איין זייט האָט מען אומעטום געלויבט דעם משל מיט דער ערקלעהרונג, און פֿון דער אַנדערער זייט האָט מען מיך אַטאַקירט דערפֿאַר. מען האָט גע'טענה'ט אַז איך האָב קיין רעכט ניט די „צוקונפֿט" אויסצונוצען אין אונזער קאַמף געגען דער אַסאָסיאיישאָן.

איך האָב אויבען באַמערקט, אַז די „צוקונפֿט" איז אַרויסגעגעבען437געוואָרען ניט פֿון דער „אַסאָסיאיישאָן", נאָר פֿון דער „אָפּאָזיציע". אום צו זיין פּינקטליכער, דאַרף מען ערקלעהרען, אַז זי האָט געהערט צו אַ „פּרעס פֿעדעריישאָן" פֿון דעלעגאַטען פֿון סאָציאַליסטישע פֿאַראיינען (אַ האַוס אָוו קאַממאָנס), און אַ מאַיאָריטעט פֿון זיי איז באַשטאַנען פֿון אונזערע פֿריינד. די „פּרעס פֿעדעריישאָן" האָט מיך אונטערשטיצט. עס זיינען געקומען פּראָטעסטען אי געגען מיר אי געגען דער פֿעדעריישאָן, אָבער נאָר פֿון אַ קליינער צאָהל אָרגאַניזאַציעס.

מיין אַרטיקעל האָט אָבער געמאַכט אַן אונבאַשרייבליכען רושם און אין דער „רעוואָלוציע", וואָס האָט געפֿיהרט צו דער גרינדונג פֿון „פֿאָרווערטס", האָט ער געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע.

אין הערבסט האָט מיללער זיך אומגעקערט פֿון אייראָפּאַ. צו מיין איבעראַשונג, האָט ער גענומען ריידען ניט וועגען קאַמף נאָר וועגען שלום. זייענדיג ווייט פֿון דער היים, האָט ער פֿאַרלאָרען זיין פֿריהערדיגע ערביטערונג געגען דער „קליקע". דער כעס איז איהם איבערגעגאַנגען. און די פֿראַגע וועגען „דעליאַניזם" האָט איהם סיי-ווי-סיי ווייניג אינטערעסירט.

איצט, אַז ער איז שוין געווען אין ניו יאָרק, האָב איך געוואָלט זיך צוריקציהען און זיך אָפּגעבען צו מיינע פּריוואַטע געשעפֿטען. דאָס איז אָבער געווען לייכטער צו באַשליסען ווי דורכצופֿיהרען. איך בין געווען ענג צוזאַמענגעבונדען מיט די גענאָסען פֿון דער אָפּאָזיציע, און זיך צו דערוווייטערען פֿון זיי איז מיר געווען אונמעגליך. איך האָב פֿאַרנאַכלעסיגט מיינע פּריוואַטע אינטערעסען. איך האָב געלאָזען געהן ווי עס געהט. אויפֿ'ן האַרצען איז מיר כמעט אימער געווען ניט-היימליך.

אויף אַ מיטינג פֿון דער אָפּאָזיציע, וואו מיללער האָט גערעדט וועגען האָבען אַ פֿרידענס-קאָנפֿערענץ מיט דעם פֿאַרוואַלטונגס-ראַט, בין איך אַרויסגעטראָטען שאַרף דאַגעגען. אָבער אויב אַ קאַמף געגען די מאַכט-האָבענדע האָט אַ צויבער-קראַפֿט, האָט דער וואָרט „שלום" אויך אַ צויבער-קראַפֿט. אַלזאָ, איז די מאַיאָריטעט געגאַנגען מיט איהם.

די פֿיהרער פֿון דער „אַרבייטער צייטונג פֿאַבלישינג אַסאָסיאיישאָן"438זיינען פֿון זייער זייט אויך געווען גענויגט צו פֿרידען. איז ווידער אָפּגעהאַלטען געוואָרען אַ קאָנפֿערענץ פֿון ביידע צדדים. מען איז אָפּגעזעסען אַ גאַנצע נאַכט, אויסגעטרונקען עטליכע צעהנדליג פֿלעשער סאָדאַ און גענומען ריידען אין אַ פֿריינדליכען טאָן.

מען האָט געמאַכט אַ פּשרה: די טירען פֿון דער אַסאָסיאיישאָן זאָלען אויפֿגעעפֿענט ווערען פֿאַר נייע קאַנדידאַטען און ביידע צדדים זאָלען זיך באַטייליגען אין דעם „אַבענד-בלאַט".

די „אַרבייטער צייטונג" איז פֿאַרוואַנדעלט געוואָרען אין אַ זונטאָגס אויסגאַבע פֿון דעם „אַבענד-בלאַט", און ביידע צדדים האָבען מיטגעאַרבייט; פֿון אונזער לאַגער: איך, ווינטשעווסקי און מיללער. איך האָב געשריבען אַ וועכענטליכען איבערבליק „די וואָך" און אַנדערע אַרטיקלען. דער נאָמען „אַרבייטער ציי-טונג" איז אַלזאָ פֿאַרשוואונדען.

אין דער גאַנצער געשיכטע האָב איך געשפּילט נאָר אַ לעבליכע ראָלע. איך האָב פֿון דעם שלום קיינמאָל ניט געהאַלטען, און די אַנדערע זיינען אויך ניט לאַנג געבליבען באַגייסטערט. מיללער, ווינטשעווסקי און אַלע אַנדערע אָפּאָזיציאָניסטען האָבען באַלד מודה געווען, אַז איך האָב רעכט. דעליאָן האָט באַהערשט די „לאָיאַלע", און מיט זיין איינפֿלוס האָבען מיר קיין פֿרידען ניט געקענט שליסען. מיללער איז דאַן געוואָרען אַ שאַרפֿער אַנטי-דעליאָניסט.

איך בין אין דער רעדאַקציע פֿון „אַבענד-בלאַט" קיינמאָל ניט אַריינגעקומען. די אַרטיקלען, וואָס איך פֿלעג שרייבען פֿאַר איהם, פֿלעג איך צושיקען. דער דאַמאָלסדיגער פֿאָרמאַן פֿון דער „אַבענד-בלאַט"דרוקעריי, היימאַן ראָזענסאָן, האָט גראַדע געוואוינט ניט ווייט פֿון מיר; פֿלעג איך מיינע אַרטיקלען אַריינוואַרפֿען אין זיין לעטער-באָקס, און ער פֿלעגט זיי אַוועק-טראָגען אין דער רעדאַקציע.

איך האָב שוין דאַן ניט געוואוינט ביי די ראָנקינס, אָבער גאַנץ נאָהענט פֿון זיי. ווען מיין פֿרוי האָט זיך צוריקגעקערט פֿון רוסלאַנד, האָבען מיר גענומען רומס אויף לעקסינגטאָן עוועניו, לעבען 102טער סטריט, דאָרטען וואו די עוועניו געהט אַראָפּבאַרג.439מיללער פֿלעגט אונז באַזוכען זעהר אָפֿט. אויך פֿלעגט ביי אונז זיין אַן אָפֿטער גאַסט מיין פֿרוי'ס אַ פֿריינדין, אַ פֿריילין מיט'ן נאָמען העלענאַ ראַבינאָוויטש, אַ רוסישע גימנאַזיסטקע פֿון דער היים, וועלכע האָט יענעם יאָהר אין באָסטאָן געענדיגט שטודירען מעדיצין. דורך אונזער הויז זיינען זיי ביידע נאָהענט באַקאַנט געוואָרען און איניגע מאָנאַטען שפּעטער האָבען זיי זיי געהייראַט.

אונזער צד האָט געוואואנען אַלץ מעהר אָנהענגער. דאָס וויכטיגסטע איז געווען, וואָס אונזער צאָל איז געוואַקסען אין דער אַסאָסיאיישאָן גופֿא. טיילווייז איז דאָס אפֿשר געווען דערפֿאַר, וואָס אונזערע געגנער זיינען געווען די מאַכט-האָבענדע, און, ווי ס'איז אויבען באַמערקט געוואָרען, האָט אַ קאַמף געגען מאַכט-האָבענדע אַ צוציהונגס-קראַפֿט. אַ גרויסע ראָלע האָט דערביי אויך געשפּילט דאָס וואָס מיר האָבען אויף אונזער זייט געהאַט אַלע באַקאַנטע רעדנער פֿון דער באַוועגונג (אויסער ב. פֿייגענבוים'ען). אָבער די הויפט אורזאַכע פֿאַרוואָס די אָפּאָזיציע האָט געצויגען סימפּאַטיע איז, אָהן צווייפֿעל, געווען די גערעכטיגקייט פֿון איהרע טענות. דער דעליאָניסטישער גיפֿט, אינטריגעריי און אינקוויזיציע-גייסט האָבען פֿאַפּולער זיין ניט געקענט, און דאָס וואָס מען האָט גערופֿען „דעליאָניזם" און דאָס וואָס מען האָט גערופֿען „קליקע" איז איצט שוין געווען פֿאַלשטענדיג צוזאַמענגעוואַקסען. איינס אָפּטיילען פֿון דאָס אַנדערע האָט מען שוין ניט געקענט.

דער גערעכטער קאַמף האָט זיך פֿאַנאַנדערגעברענט, און איך בין ווידער באַזויפֿען געוואָרען. אָפֿט פֿלעג איך זיך אויסניכטערען און אויף מיר פֿלעגט אָנקומען אַ שטימונג, וועלכע האָט מיך געטריבען זיך צוריקצוציהען און איינגאַנצען זיך אַריינוואַרפֿען אין מיין ליטעראַרישער און זשורנאַליסטישער אַרבייט אויף ענגליש. אָבער דאָס איז איצט געווען נאָך שווערער. עס וואָלט געהייסען פֿאַרלאָזען מיינע חברים אין רעכטען מיטען. מיר האָבען אויף אונזער צד געהאַט אַ גרויסע צאָל באַגייסטערטע מענשען און צווישען זיי די טעטיגסטע גענאָסען פֿון ניו יאָרק440און אַנדערע שטעדט. די ערנסטקייט און אָפֿערוויליגקייט, מיט וועלכער זיי האָבען זיך פֿאַרהאַלטען צו דער אָפּאָזיציע, איז מיר זעהר סימפּאַטיש געווען, און פֿילע פֿון זיי זיינען געווען מיינע וואַרימע אָנהענגער און פֿריינד.

אין דער היים פֿלעג איך זיך נעהמען עפּעס שרייבען אויף ענגליש. דער פּאַרטי-קאַמף האָט אָבער פֿאַרשלונגען כמעט מיין גאַנצע אויפֿמערקזאַמקייט. איך זאָג „כמעט", ווייל אין בעלעטריסטישע זאַך האָב איך אין יענע וואָכען יאָ אויפֿגעשריבען. איך האָב באַקומען אַן איינלאַדונג פֿון דעם „קאָסמאָפּאָליטען", איינער פֿון די וויכטיגסטע און ערפֿאָלגרייכסטע אַמעריקאַנער זשורנאַלען בייצוטראָגען אַן ערצעהלונג; איך האָב דאָס אָפּגעלייגט און אָפּגעלייגט; כ'האָב אָבער דאָך עפּעס געשאַפֿען. די ערצעהלונג איז גלייך אָנגענומען געוואָרען.

די אָפּאָזיציאָניסטען האָבען אַ טאָג אַלץ שטאַרקער געפֿאָדערט, אַז מיר זאָלען ביי דער „קליקע" אַרויסרייסען די קאָנטראָל איבער דעם „אַבענד-בלאַט" און איבער דער „פֿאַבלי-שינג אַסאָסיאיישאָן" איבערהויפּט, און מיללער און איך זיינען געווען זייערע הויפּט פֿיהרער. אַקטיוו אַלס פֿיהרער זיינען אויך געווען ווינטשעווסקי און זאַמעטקין.

מיר האָבען אָפּגעהאַלטען אַ „קאָקוס" מיטינג. מיר האָבען אויסגערעכענט, אַז מיר האָבען שוין אַ מאַיאָריטעט אין דער אַסאָסיאיישאָן. דאָך, אום צו „געהן אויף אַן אייזערנעם בריק", האָבען מיר צוגעגרייט דרייסיג נייע קאַנדידאַטען (אידישע מיט-גלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי, וועלכע האָבען געוואואנשען אַריינצוגעהן אין דער אַסאָסיאיישאָן). זיי זיינען נאַטירליך געווען געגען דער „קליקע" און געגען דעליאָן'ען. לויט דעם אָפּמאַך, וואָס איז געשלאָסען געוואָרען אויף דער דערמאָנטער פֿרידענס-קאָנפֿערענץ, וואו מען האָט אויסגעטרונקען פֿילע באָטעלס סאָדאַ-וואַסער, האָט די אַסאָסיאיישאָן איצט נייע מעמבערס שוין אַריינגעלאָזען; האָבען מיר ערוואַרטעט, אַז אונזערע דרייסיג נייע מיטקעמפֿער וועלען צוגעלאָזען ווערען אָהן שוועריגקייטען.441מיר האָבען אָבער „געמאַכט דעם חשבון אָהן דעם בעל-הבית". די „לאָיאַלע" האָבען אויך ניט געשלאָפֿען. זיי האָבען אויך צוגעגרייט נייע קאַנדידאַטען. דאָס וואָלט ניט געווען אַזוי וויכטיג, וואָרים זיי האָבען געהאַט ווייניג אָנהענגער, און זיי האָט זיך איינגעגעבען צו קריגען נאָר אַ קליינע צאָהל קאַנדי-דאַטען. זיי האָבען אָבער באַשלאָסען ניט אָפּצושטעלען זיך פֿאַר קיינע מיטלען און ניט אַרויסצולאָזען דעם „אַבענד-בלאַט" פֿון זייערע הענט, און מיט דעליאָן'ס הילף האָבען זיי געהאַט אַ מעגליכקייט צו זיגען.

ביידע צדדים האָבען זיך געפֿערטיגט צו אַ געוויסען אווענד. דאַן האָט באַדאַרפֿט פֿאָרקומען די „גענעראַל-שלאַכט".

3

[טאָפּיק] די „גענעראַל-שלאַכט". — סצענעם. — וואָס מאַקס פֿיין געדענקט וועגען יענעם אווענט. — 52 אָפּאָזיציאָניסטען פֿאַרלאָזען דעם מיטינג

דער מיטינג האָט שטאַטגעפֿונען דעם 7טען יאַנואַר, 1897, אין 73 לאָדלאָו סטריט. אויף דיזען מיטינג איז מיללער געווען דער אָפּאָזיציע'ס „מיליטערישער" קאָמאַנדיר, און איך — איהר קאַנדידאַט אויף רעדאַקטאָר פֿון דעם „אַבענד-בלאַט".

אין דער געשיכטע פֿון דעם „פֿאָרווערטס", וועלכער שפּילט שוין פֿון פֿילע יאָהרען אַזאַ וויכטיגע ראָלע אין דעם גייסטיגען און פּאָליטישען לעבען פֿון די אידישע מאַסען אין אַמעריקא, און אין מיין פּערזענליכען לעבען, האָט דיזער מיטינג אַ גרויסע באַדייטונג. דאָרטען איז פֿאָרגעקומען אַן ענדליכע שפּאַלטונג, און דעם זעלבען אווענד איז אייגענטליך געבאָרען געוואָרען דער „פֿאָרווערטס". איך וועל אויף דיזער היסטאָרישער פֿאַרזאַמלונג דעריבער זיך אָפּשטעלען גענויער.

צוערשט וועל איך זיך באַנוצען מיט דעם קאַפּיטעל פֿון בורגין'ס „געשיכטע", אין וועלכען עס ווערט דערצעהלט וואָס דאַן איז פֿאָרגעקומען.442„ביידע צדדים האָבען געזוכט צו פֿאַרכאַפֿען די מאַכט, — לעזען מיר דאָרטען, — די אָפּאָזיציאָן דורך אַריינבריינגען מיט אַמאָל אַזוי פֿיל נייע מיטגלידער פֿון איהר צד, און די „לאָיאַלע" — דורך שטערען זיי אַריינצוקומען.

„די אָפּאָזיציאָן האָט באַשולדיגט יאָזעף שלאָסבערג'ן, דעם סעקרעטער פֿון דער פֿאַבלישינג אַסס'ן, אַז ער האָט דורכגעלאָזען פֿילע נעמען פֿון פֿאָרגעשלאָגענע מיטגלידער און האָט זיי ניט פֿאָרגעבראַכט. די „לאָיאַלע", ווידער, האָבען באַשולדיגט די אָפּאָזיציאָן, אַז זי האָט צונויפֿגעקליבען גאָר זייטיגע מענשען, וואָס האָבען קיין רעכט ניט צו ווערען מיטגלידער פֿון דער אַסס'ן (ווייל זיי זיינען ניט קיין מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי).

„ביידע צדדים זיינען געקומען באַצייטענס, ווייל איין צד האָט ניט געטרויט דעם צווייטען, ער זאָל ניט קומען אפֿריהער און דערווייל ערוועהלען זיין פֿאָרזיצענדען. וואָרים די פֿראַגע — פֿון וועלכען צד עס וועט זיין דער פֿאָרזיצענדער — איז ביי דיזען ענטשיידונגס-קאַמף געווען זעהר וויכטיג. דער פֿאָרזיצענדער קען אַמאָל האָבען די מאַכט צו ענטשיידען דעם גאַנצען קאַמף. אָבער, ווען די מעמבערס פֿון דער אָפּאָזיציאָן זיינען געקומען, האָבען זיי געפֿונען אַז דער מיטינג איז שוין ערעפֿענט. זיי האָבען שטאַרק פּראָטעסטירט, און די פֿאַרזאַמעלטע האָבען איינגעשטימט נאָך אַמאָל צו ערוועהלען אַ פֿאָרזיצענדען. די צוווייטע וואָהלען האָבען אָבער ניט צופֿרידענגעשטעלט די אָפּאָזיציאָן, און דריטע וואָהלען האָבען שטאַטגעפֿונען. די אָפּאָזיציאָן האָט ניט געטרויט די צעהלונג פֿון סעקרעטער, וואָרים ער איז געווען אַ „לאָיאַלער". זי האָט געפֿאָדערט ער זאָל באַשטימען אַנדערע צעהלערס. דער סעקרעטער האָט באַשטימט די צעהלערס: צוויי פֿון דער מאַיאָריטעט, עס הייסט פֿון די געגנער פֿון דער אָפּאָזיציאָן; דער דריטער איז געווען ב. פֿייגענבוים, וועלכער האָט זיך אָנגעגעבען פֿאַר אַן אונפּאַרטייאישען.

„אין האָל האָט געהערשט אַ שרעקליכע אויפֿרעגונג. ווען עס איז געקומען צום צעהלען, איז דער טומעל ווי אָפּגעהאַקט געוואָרען. יעדער האָט מיט אונגעדולד געוואַרט אויפֿ'ן רעזולטאַט.443יעדער צד האָט געהיט די צעהלונג זאָל געהן אין אָרדנונג, אָהן פֿעלשונגען.

„די צוויי פֿון די „לאָיאַלע" האָבען איבערגעצעהלט 50 שטימען פֿאַר זייער קאַנדידאַט אויף פֿאָרזיצענדען (סטיווען קופֿער) און 48 שטימען פֿאַר'ן קאַנדידאַט פֿון דער אָפּאָזיציאָן (ליליענ-בלום). פֿייגענבוים אָבער האָט איבערגעצעהלט 51 שטימען פֿאַר'ן קאַנדידאַט פֿון דער אָפּאָזיציאָן און בלויז 47 פֿאַר'ן „לאָיאַלען קאַנדידאַט" (אין זיין פּערזענליכער ערקלעהרונג אין „אַבענד-בלאַט" פֿון 21טען יאַנואַר, שרייבט פֿייגענבוים, אַז פֿאַר ליליענבלום'ען האָט ער איבערגעצעהלט 51 און פֿאַר קופֿער'ן 49 שטימען). ער האָט אָבער דערביי פֿאַרגעסען צו צעהלען די צוויי שטימען פֿון די איבעריגע צוויי צעהלערס, וועלכע האָבען געשטימט פֿאַר קופֿער'ן.

„דער סעקרעטער האָט ערקלעהרט, אַז צוויי קען מען גלויבען מעהר ווי איינעם, און דער פֿאָרזיצענדער איז געבליבען קופֿער.

„דאָס איז געווען דער ערשטער קלאַפּ פֿאַר דער אָפּאָזיציאָן. נאַכהער איז געקומען דער צווייטער. נאָך די דריטע וואָהלען איז דער סעקרעטער בעאויפֿטראָגט געוואָרען צו רעוווידירען די קאַרטען פֿון די מיטגלידער. עס האָט זיך אויסגעלאָזען, אַז 19 נייע מיטגלידער (וועלכע זיינען אַריינגענומען געוואָרען אין די לעצטע עטליכע וואָכען) האָבען נאָך ניט איינגעצאָהלט זייערע איינטריטס-געלד (לויט דעם אָפּמאַך האָבען זיי דאָס באַדאַרפֿט אויסצאָהלען אין פֿאַרלויף פֿון 4 מיטינגען, און זיי האָבען דאָס ניט געטאָן). די „לאָיאַלע" האָבען זיך באַנוצט מיט דער געלעגענהייט וואָס די 19 האָבען נאָך ניט איינגעצאָהלט די איינטריטס-געלד און מען האָט צוויי פֿון זיי איינגאַנצען אָפּגעוויזען; און די איבעריגע 17 האָט מען אויפֿגעפֿאָדערט זייערע איינטריטס-געלד צו באַצאָהלען.

„דאָס איז געווען דער צווייטער קלאַפּ, נאָך וועלכען עס איז געקומען אַ דריטער.

„אויף דיזען מיטינג האָבען געזאָלט אויפֿגענומען ווערען נאָך 36 פֿאָרגעשלאָגענע קאַנדידאַטען, וועלכע זיינען מייסטענס444געווען אָנהענגער פֿון דער אָפּאָזיציאָן. ביי געוועהנליכע אומשטענדען וואָלט די פֿאַרזאַמלונג אויסגעהערט די נעמען פֿון די פֿאָרגעשלאָגענע און וואָלט אויף גיך דורכגעמאַכט די פּראָצעדורע פֿון אויפֿנעהמען נייע מיטגלידער.

„דיזען מאָל אָבער איז דיזע פּראָצעדורע געווען אַ וויכטיגע פּאַסירונג, פֿון וועלכער עס איז אָפּגעהאַנגען די מאַכט פֿון דיזען אָדער יענעם צד: וואָלטען די נייע מיטגלידער אָנגענומען געוואָרען, וואָלט די אָפּאָזיציע געהאַט די מאַיאָריטעט; וואָלטען זיי ניט אָנגענומען געוואָרען, וואָלט די מאַכט געבליבען ביי די „לאָיאַלע".

„די לאָיאַלע האָבען זיך באַנוצט מיט דעם פֿאָרמעלען רעכט, וואָס אַ פֿאַראַיין קען אָנוואענדען, ווען ער געפֿינט דאָס פֿאַר ווינשענסווערט, נעמליך, דאָס רעכט ניט צו דערלאָזען, אַז אויף דער גענעראַל פֿאַרזאַמלונג, וואו בעאַמטע דאַרפֿען ערוועהלט ווערען, זאָלען נייע מיטגלידער מיטשטימען, און האָבען אָפּגעלייגט די אויפֿנאַמע פֿון 23 פֿאָרגעשלאָגענע אויף נאָך די וואָהלען פֿאַר בעאַמטע. וואָס אנבעלאַנגט די איבעריגע 12—13, האָט דער סעקרעטער גאָרניט פֿאָרגעלעזען זייערע נעמען, ווייל, ווי ער האָט באַהויפּטעט, זיינען זיי ניט געווען גוטשטעהענד אין דער פּאַרטיי (און אַ מיטגליד פֿון דער אָססאָסיאיישאָן האָט געקענט ווערען נאָר אַזעלכער, וואָס איז אַ גוטשטעהענדער מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי).

„די לופֿט האָט דעם גאַנצען אָוונענד געשמעקט מיט פּולווער.

„די פֿאַרזאַמעלטע זיינען געווען נערוועז, אויפֿגערעגט. געשרייען, זידלערייען האָבען ניט אויפֿגעהערט. דאָ און דאָרטען האָט מען זיך מכבד געווען מיט פּעטש.

„דאָס וואָס די „לאָיאַלע" האָבען זיך ערלויבט צו האַנדלען אַזוי מיט די פֿאָרגעשלאָגענע, איז געווען דער איבעריגער טראָפּען, וואָס האָט איבערגעפֿילט דעם בעכער. מיללער האָט אַ געשריי געטאָן צו אַלע אָפּאָזיציאָניסטען: „גענאָסען, קומט!" און זיי האָבען זיך אַלע אַ לאָז געטאָן אַרויס פֿון האָל".445דער באַריכט איז אַן אונפּאַרטייאישער און — מיט דער אויסנאַהם פֿון אַ איינצעלהייט דאָ און דאָרט — אַ ריכטיגער; נאָר עס פֿאָדערען זיך צו איהם איינינע ערקלערונגען.

ווען צוויי פֿון די צעהלערס האָבען באַריכטעט צו גונסטען פֿון קופֿער'ן און נאָר נאָר איינער צו גונסטען פֿון אונזער קאַנדידאַט, ליליענבלום, האָבען אונזערע פּראָטעסטירט; זיי האָבען ערקלערט אַז די צוויי צעהלערס רעפּרעזענטירען דעם זעלבען צד, די „לאָיאַלע", און אַז מען קען זיי דעריבער ניט רעכענען פֿאַר אַ מאַיאָריטעט געגען אונזער איינציגען צעהלער. דאָך האָבען מיר די ענטשיידונג אָנגענומען. מיר זיינען געווען זיכער, אַז שפּעטער, ווען די אַלע צערעמאָניעס וועלען זיין געענדיגט און עס וועט קומען צו דער רעדאַקטאָר פֿראַגע, וועלען מיר סיי-ווי-סיי האָבען אַ זיכערע מאַיאָריטעט.

ווען עס איז געקומען צו דער אָפּשטימונג פֿאַר רעדאַקטאָר, האָבען די „לאָיאַלע" געברויכט פֿאַרשידענע תירוצים און פּשוט געוואַלט-מיטלען, אום ניט צוצולאָזען פֿילע פֿון אונזערע צום שטימען. זיי האָבען, צום ביישפּיל, ערקלערט, אַז דער אָדער יענער פֿון דער אָפּאָזיציאָן האָט ניט פּינקטליך איינגעצאָהלט זיינע דיוס. געוועהנליך האָט מען אויף אַזוינע קלייניגקייטען ניט געקוקט, אָבער אויף דיזען מיטינג האָבען די „לאָיאַלע" פֿון דעם געמאַכט אַ גרויסען וועזען. זייערע איינגענע מיטגלידער, וועלכע זיינען שולדיג געווען פֿאַר עטליכע מאָנאַטען, האָבען זיי יאָ צוגעלאָזען צום שטימען.

צווייטענס, ווען עס איז געקומען צום שטימען, האָבען זיי אין דעם פּאַרצימער אויסגעשטעלט צוויי פֿון זייערע שטאַרקע יונגע לייט (זלמן וויינמאַן, פֿון די וויינמאַנס, וועלכע איך האָב דערמאָנט אין דעם ערשטען קאַפּיטעל פֿון דיזען באַנד, און אַ יונגען מאַן מיט'ן נאָמען האַרקאַוו). דיזע צוויי „לאָיאַלע" האָבען פֿאַר די אָפּאָזיציאָניסטען פֿאַרצאַמט דעם וועג צו דער טיר פֿון דעם מיטינג זאַל. ווען איינער פֿון אונזערע איז אויף אַ מאָמענט אַרויסגעגאַנגען פֿון זאַל, און האָט געוואָלט צוריק אריינקומען צום שטימען, האָט וויינמאַן און האַרקאַוו איהם פֿאַרהאַלטען. איך האָב צו זיי אַפּעלירט אין דעם נאָמען פֿון446אַנשטענדינקייט. אויף דעם האָבען זיי מיר געענטפֿערט מיט קאַלטע שטרענגע פּנים'ער. „מישט זיך ניט, גענאָסע קאַהאַן", — האָט וויינמאַן צו מיר געזאָגט מיט אַ טאָן, וועלכער איז געווען אַ געמיש פֿון העפֿליכקייט און סטראַשונאָק. עס זיינען צוגעלאָפֿען אַ פֿאָר פֿון אונזערע. עס איז געוואָרען אַ שטיקעל מהומה — איינע פֿון פֿילע אַזעלכע יענעם אָוונענד. עס האָט געקאָכט אינוויינינג אין זאַל און אויטסייד אין פּאָרצימער. דער סך הכל איז געווען, אַז מיר זיינען געווען מאַכטלאָז. זיי זיינען געווען בעסער צוגעגרייט און בעסער אָרגאַניזירט פֿאַר אונז.

מיך האָבען וויינמאַן און האַרקאַוו, נאַטירליך, אריינגעלאָזען צוריק אין זאַל; די אַנדערע אָפּאָזיציאָניסטען אָבער האָבען זיי פֿאַרהאַלטען ביז נאָך'ן וואָוטען.

עטליכע אָפּאָזיציאָניסטען זיינען סתם געקומען שפּעט. זיי האָבען זיך באַוויזען אין דער מינוט, ווען מען האָט שוין געדאַרפֿט שטימען; האָט מען זיי אויך ניט אריינגעלאָזען. וויינמאַן און האַרקאַוו זיינען אַליין אריין אין זאַל און פֿאַרשפּאַרט די טיר.

אונזערע האָבען געשריען, פּראָטעסטירט; עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿען. די „לאָיאַלע" האָבען געהאַט דעם פֿאַרזיצענדען, און אַלץ, וואָס זייערע מענשען האָבען אָפּגעטאָן, איז געווען רעכט. אין דער צייט פֿון דיזען געטומעל האָט אַ רומענישער יונגערמאַן מיט דונקעלע האָר (שטיינבערג האָט ער, דאַכט זיך, געהייסען) זיך גערימען מיך צו שלאָגען. די אַנדערע „לאָיאַליסטען" האָבען איהם ניט געלאָזען. איז ער געזעסען, געשאָסען מיט די אויגען און זיך אַלע וויילע פֿאַרמאָסטען אויף מיר מיט'ן פֿויסט.

ווען מיללער האָט געגעבען דעם סיגנאַל, האָבען די אָפּאָזיציאָניסטען פֿאַרלאָזען דעם האָל. עס איז געווען נאָר איין אויסנאַמע: ב. פֿיינענבוים. ער איז געבליבען, ערקלערענדיג דערביי, אַז ער איז געגען שפּאַלטונגען, און אַז ער בלייבט מיט דעם צוועק צו אַרבייטען פֿאַר די פּרינציפּען פֿון דער אָפּאָזיציע אינווייניג.

מאַקס פֿיין איז געווען איינער פֿון די אָפּאָזיציאָניסטען, וועמען מען האָט געפּרובט ניט אריינלאָזען צום מיטינג. אין447דעם פּעסט-נומער „פֿאָרווערטס", וועלכען מען האָט אַרויסגעגעבען לכבוד דעם 25טען יוביליעאום פֿון דער צייטונג, דערצעהלט ער דאָס פֿאָלגענדע:

„מען קען זיך פֿאָרשטעלען די אויפֿגערעגטקייט פֿון אונזערע, וועלכע זיינען געשטאַנען אין דער פּאָדער-הויז און מען האָט זיי ניט אריינגעלאָזען. זייער אונגעדולד איז געווען לייכט צו פֿאַרשטעהן.

„דאָס איז געווען מיט 25 יאָהר צוריק, און איך בין דאַן געווען מיט 25 יאָהר אינגער. שטעהענדיג הינטער'ן טיר, האָב איך געפֿיהלט אַזוי ווי איינער וואָלט מיך פֿאַר'ן האַלז געוואָרגען. איך האָב גענומען קלאַפֿען אין טיר.

„— לאָזט מיך אריין! — האָב איך געפֿאָדערט פֿון דעם טיר-שטעהער, וועלכער האָט אַרויסגעשטעלט אַ פֿאָר פֿרעכע אויגען דורך דער קיילעכדיגער טירעלע.

„— האָט צייט, איהר שטעהט ניט אויפֿ'ן פּראָסט — האָט יענער געענטפֿערט מיט אירא ניע.

„— לאָזט מיך אריין, אַז ניט וועל איך די טיר אויפֿברעכען!

„דער מאַן האָט ווידער אַן עפֿען געטאָן די קליינע טירעלע, האָט מיר אַ לאַך געטאָן אין געזיכט און צוריק פֿאַרמאַכט.

„יונג, פֿייערדיג און ווילד, האָב איך שוין מעהר זיך ניט געקענט קאָנטראָלירען. איך האָב מיט מיין גאַנצען קערפּער אַ וואָרף געטאָן זיך צו דער טיר, אָבער זי האָט זיך ניט אויפֿגעריסען.

„— ניט מיך אַ שטופּ — האָב איך געבעטען.

„עטליכע מענשען זיינען צוגעקומען און מיר האָבען דערלאַנגט אַזאַ שטויס, אַז די טיר האָט זיך אָפּגעריסען פֿון איהרע צאַוויעסעס און איז געפֿאַלען אינווייניג. די, וואָס זיינען געשטאַנען אין פּאָרהויז, זיינען אַלע אריין צום מיטינג.

„עס איז געוואָרען אַ שרעקליכער טומעל. אַ רגע האָט עס אויסגעזעהען, אַז עס קומט פֿאָר אַן אַלגעמיינער געשלעג. אין איינינע ווינקלען האָט מען זיך טאַקע געשלאָגען.

„לואַי מילער איז אין דיזען מאָמענט אין דעם זאַל ניט געווען. אַזוי ווי עס איז געווען שפּעט, און עס האָט געשיינט,448אַז דער מיטינג וועט זיך ציהען ביז טאָג, איז ער אַרויס עטוואָס קויפֿען. ער האָט זיך אומגעקערט מיט אַ פּעקעל עפּעל".

מילער האָט געבראַכט אַ פֿיפֿער בעג מיט גרויסע רויטע עפּעל. ער האָט גענומען איינעם און מיט די איבעריגע האָבען זיך צוטיילט די אָפּאָזיציאָניסטען, וואָס זיינען געווען לעבען אונז.

— עסט דעם עפּעל מיט כונה, גענאָסע קאַהאַן, — האָט צו מיר געזאָגט איינער פֿון אונזערע, — עסט דעם עפּעל, וועט איהר זיך ניט אָפּעסען דאָס האַרץ.

איך האָב איהם געפֿאָלגט און געגעסען „מיט כונה". אָט דיזער געלאַסענער מאַניער מיינער האָט דאָס אויפֿגערעגט דעם רומענישען „לאָיאַליסט", וועלכער איז געזעסען פּונקט אנטקעגען מיר.

די אויפֿרעגונג איז געווען גרויס; אָבער אַז „אין איינינע ווינקלען האָט מען זיך טאַקע געשלאָגען" אָדער אַז „דאָ און דאָרטען האָט מען זיך מכבד געווען מיט פּעטש", ווי בורגין דריקט זיך אויס — דאָס האָב איך ניט באַמערקט, כ'האָב אָבער געהערט דערפֿון.

ריידענדיג וועגען דעם זעלבען מיטינג אין אַלגעמיין, זאָגט פֿיין:

„אין דער נאַכט פֿון דעם 7טען יאַנואַר, 1897, האָבען זיך צום ערשטען מאָל דערהערט די וועה-געשרייען פֿון דעם געבורט פֿון „פֿאָרווערטס". אין יענער נאַכט איז פֿאָרגעקומען די שפּאַלטונג פֿון די אידישע סאָציאַליסטען און דאָס איז געווען דער אָנהויב פֿון דעם סוף פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי; פֿון דעליאָן'ס טעגליכער צייטונג „דהי פֿיפּל"; פֿון דער אידישער סאָציאַליסטישער טעגליכער צייטונג די „אַבענד-בלאַט"; פֿון איהר טאַקטיק פֿון ברעכען יוניאָנס; פֿון דער דיקטאַטור פֿון אַ קליקע איבער די מאַסען אַרבייטער אוי סאָציאַליסטען".449פֿון דעם מיטינג זיינען אַוועק 52 פֿאַבליישינג אַסאָסיאיישאָן מיטגלידער. פֿילע פֿון אונז האָבען נאָך פֿריהער געצוווייפֿעלט צי עס וועט זיך ענדיגען מיט פֿרידען, און איינער פֿון דיזע האָט געהאַט אָנגעגרייט אַ זאַל (וואַלהאַלאַ האָל, 48 אָרטשאַרד סטריט). דער זאַל האָט אויף יענעם אָוונענד געהערט צו אַ געוויסען פֿאַראיין, פֿון וועלכען דיזער יונגער מאַן איז געווען סעקרעטער; האָט ער געלאָזט וויסען די מעמבערס, אַז זייער מיטינג איז אָפּגעלייגט, און ער האָט דעם זאַל געהאַלטען פֿאַר אונזער „רעוואָלוציע".

„דרויסען איז געווען אַ ביטערע קעלט, — דערצעהלט מאַקס פֿיין,—אָבער ניט פֿילע פֿון אונז האָבען די קעלט געפֿיהלט. יעדער איז געווען צואווארימט, צוטראָגען, אויפֿגערעגט. אויפֿ'ן גאַס זיינען געשטאַנען רעדלאַך מענשען. דאָס זיינען געווען אונזערע פֿריינד, סאָציאַליסטען און סימפּאַטייזערס. זיי זיינען געשטאַנען אין קעלט און געוואָרט צו הערען דעם רעזולטאַט.

„מיר האָבען אויפֿ'ן גאַס לאַנג ניט געדאַרפֿט שטעהן. איינינע פֿון אונזערע פֿריינד האָבען פֿאַר אונז באַזאָרגט אַ האָל.

„צווישען זיי איז געווען איינער אַ שטאַמלער — אַ סימפּאַטישער, היציגער מענש. מאַנכעס מאָל, ווען ער האָט גענומען דאָס וואָרט אויף אַ מיטינג, פֿלעגט ער זיך ניט קענען אויספֿלאַנטערען, און דער באַרמלאָזער עולם פֿלעגט לאַכען. פֿון-דעסטוועגען פֿלעגט ער זיך שטופֿען צו זיין טשערמאַן אויף פֿאַרזאַמלונגען. איך געדענק ווי ער האָט אַמאָל, אויף אַ מאַסען-פֿאַרזאַמלונג, פֿאָרגעשטעלט זאַמעטקין'ען אַלס רעדנער:

„— אַל—לעס נ—נעקסטמען זאַמעטקינ'ען האָב איך דאָס פֿאַרגעניגען פֿאָרצושטעלען אייך גענאָסע רעדנער...

„אָט דיזער יונגער מאַן האָט דאָס אונז אָנגעזאָגט וואו דער נייער האָל איז. ווען ער האָט אונז אריינגעבראַכט אין דעם האָל, אויף אָרטשאַרד סטריט, האָט ער געזאָגט מיט גרויס באגייסטערונג: „מ... חברה, ל—לעבט אַ גו—גוטען טאָג!"

„ווען מיר האָבען געעפֿענט דעם מיטינג, איז שוין געווען נאָך האַלבע נאַכט. דאָרטען זיינען געווען פֿאַרזאַמעלט ניט נאָר450די אַרויסגעטראָטענע מיטגלידער פֿון דער אַסאָסיאיישאָן, נאָר אַ סך אַנדערע סאָציאַליסטען און אַנדערע אַרבייטער, וועלכע האָבען געוואָרט אויף דעם אויסגאַנג פֿון דעם אַסאָסיאיישאָן מיטינג."

4

[טאָפּיק] אין דעם שמאָלען לאַנגען האָל מיט דעם נייעם קאָרפּעט. — די „פֿרעם קלאָבם". — אונפֿאָרגעסליכע סצענעם.

ווען דער שטאַמלענדיגער גענאָסע האָט אויפֿגעעפֿענט די טיר פֿון זיין מיטינג-האָל און אין אַ טאָן פֿון בריטער גאַסט-פֿריינדליכקייט האָט ער אויסגעשטאַמעלט: „אָט האָט איהר אַ האָל, גענאָסען! קומט אריין און לעבט אַ גוטען טאָג!" האָבען מיר זיך צולאַכט. מיין געלעכטער איז אָבער ניט געוואָן קיין פֿרעהליכער.

מיר האָבען זיך אויף אימער געשיידט פֿון דער אַסאָסיאיישאָן, וועלכע מיר האָבען פֿאַר-זיבען-יאָהרען געגרינדעט מיט אַזוי פֿיל באַגייסטערונג. די באַוועגונג, וועלכע האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַזוי פֿיל גליק, איז צושפּאָלטען. עס איז מיר ניט געווען פֿרעהליך אויפֿ'ן האַרצען.

דער זאַל איז געווען אַ לאַנגער און אַ שמאָלער, מיט שפּאָנגעל-נייע לאַנגע בענק און אַ ביליגען שפּאָנגעל-נייעם קאָרפּעט, באַצירט מיט ביליגע העל-דרויטע, בלויע און ווייסע קוויטען. דער איינדרוק פֿון דיזער ביליגער נייקייט איז אין מיין זכרון צוזאַמענגעמישט מיט מיין אונהיימליכען געמיט אין יענעם אָוונענד.

מיר האָבען זיך אָרגאַניזירט אַלס אַ „פּרעס-פֿעדערייישאָן" פֿון פֿאַרשידענע יוניאָנס און פֿאַראיינען (אַ „האָום אָוו קאָממאָנס") און אַ קאָמיטע איז באַשטימט געוואָרען אָנצושרייבען אַן ערקלערונג צום פּובליקום.

כמעט אַלע אידישע יוניאָנס, און צווישען זיי די גרעסטע, זיינען גלייך צוגעשטאַנען צו אונזער צד. די צייטונג, וועלכע451מיר האָבען זיך גערייט אַרויסצוגעבען, האָבען זיי אַנערקענט אַלס זייער אָפֿיציעלען אָרגאַן נאָך איידער מיר האָבען אַפֿילו באַשטימט איהר נאָמען. נאָר דריי-פֿיער פֿון די גאַנץ קליינע יוניאָנס זיינען געבליבען ביי דעם „אבענד-בלאַט". די „פֿאַר-איינינטע אידישע געווערקשאַפֿטען" איז אויך געבליבען מיט'ן „אבענד-בלאַט", אָבער זי האָט דאַן עקזיסטירט נאָר אויפֿ'ן פּאַפּיר, און איינינע פֿון די דעלעגאַטען פֿון וועלכע די „געווערק-שאַפֿטען" זיינען באַשטאַנען, האָבען זיך גלייך צוריקגעצויגען. איינער פֿון זיי איז געווען מאַקס פֿיין.

אום מיר זאָלען ניט קענען אַרויסטרעטען געגען דעם „אבענד-בלאַט", האָט די פּאַרטיי, אונטער דעליאָן'ס ווירקונג, די צייטונג ערקלערט אַלס איהר אָפֿיציעלען אידישען אָרגאַן. אַזוי ווי די אָפּאָזיציאָניסטען זיינען געווען מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי, האָבען זיי שוין אָפֿען די צייטונג באַקעמפֿען ניט געקענט. מען וואָלט זיי אויסגעשלאָסען פֿון דער פּאַרטיי. מיר האָבען זיך אָבער אַן עצה געגעבען.

ערב פּסח ראַטעוועט אַ איד זיין חמץ מיט דעם וואָס ער פֿאַרקויפֿט איהם כלומרשט צו אַ גוי. אַזאַ סאָרט מיטעל האָבען מיר געברויכט געגען דעם שפּיצעל, וועלכען דעליאָן האָט אונז אָפּגעטאָן. די אָפּאָזיציאָניסטען האָבען געגרינדעט „פּרעסס-קלאָבם", וועלכע זיינען געווען סתם סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס און האָבען צו דער פּאַרטיי קיין שייכות ניט געהאַט. צו דער זעלבער צייט זיינען די זעלבע אָפּאָזיציאָניסטען געבליבען אין די פּאַרטיי ברענטשעס. זיי האָבען געהערט צו ביידע, הייסט עס, און אַלץ, וואָס זיי האָבען געטאָן געגען דעם „אבענד-בלאַט", איז געגאַנגען אויף דעם נאָמען פֿון די „פּרעסס-קלאָבם". עס איז פֿאָרגעקומען אויף אַזאַ שטיינגער: אַ אידישער ברענטש פֿון דער פּאַרטיי האַלט אָפּ אַ מיטינג. וועגען דעם קאַמף און וועגען אונזער געפּלאַנעוועטער נייער צייטונג ווערט ניט דערמאָנט. ס'איז אַ כשר'ער פּאַרטיי מיטינג. אַזוי געהט אָן אַ שטונדע אָדער ווייניגער, און דער מיטינג ווערט אָפֿיציעל געשלאָסען. די מיטגלידער בלייבען אָבער אויף זייערע פּלעצער, און גלייך452עפֿענט זיך דער מיטינג ווידער אױף, אָבער שוין ניט אַלם בּרענטש פֿון דער פּאַרטיי, נאָר אַלם „פּרעסס-קלאָבּ”. די מענשען זיינען די זעלבע; די פֿירמע איז אָבער כּלומרשט אַן אַנדערע. דעליאָן האָט שוין קיין שליטה ניט. מען רעדט געגען דער „קליקע”, געגען דעליאָנ'ען; מען רעדט וועגען דער נייער צייטונג, וואָס די אָפּאָזיציאָן קלייבט זיך אַרויסצוגעבען; מען מאַכט אַ קאָלעקשאָן פֿאַר איהר.

אַזעלכע צוווייאיגע מיטינגען זיינען פֿאָרגעקומען אין עטליכע שטעדט, און אין ניו יאָרק — אין עטליכע טיילען פֿון שטאָדט. דיזער „טריק” גופֿא האָט צוגעגעבען אינטערעם.

אױף אונזערע מאַסס-מיטינגען, וועלכע זיינען אָפּגעהאַלטען געוואָרען אין דעם נאָמען פֿון די פֿאַראייניגטע פּרעסס-קלאָבּם, זיינען פֿאָרגעקומען אונבאַשרייבּליכע סצענעם פֿון באַגייסטערונג און אָפּפֿערוויליגקייט.

איך וועל קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען אַ געוויסען אָוונד, ווען מיר האָבען געהאַט אַ מאַסס-מיטינג און געזאַמעלט געלד פֿאַר דער נייער צייטונג. דער מיטינג האָט שטאַטגעפֿונען אין דעם גרויסען בּייסמענט פֿון וואָלהאַלא האָל אױף אָרטשאַרד סטריט (דאָרטען האָבּען מיר אָפּגעהאַלטען אַלע אונזערע וויכטיגע מיטינגען, און דאָרטען איז געבּאָרען געוואָרען דער „פֿאָרווערטס”). די באַגייסטערונג איז געווען גרויס. נאָך די רעדעם האָט מען זיך גענומען צו דער קאָלעקשאָן. איך און נאָך איינער (ווינטשעווסקי, דאַכט זיך) זיינען אומגעגאַנגען מיט העטם אין די הענט, און דער עולם האָט אין זיי אריינגעוואָרפֿען צעהן-דאָלאַרדינגע, פֿינף-דאָלאַרדינגע, צוויי-דאָלאַרדינגע און זילבּערנע מטבעות. מען האָט אױך אַראָפּגעגומען פֿון זיך פֿינגערלאַך און זייגערלאַך און דאָם אַלץ האָט מען אריינגעוואָרפֿען אין די העטם. איך געדענק ווי מיין העט איז געוואָרען אַזוי שווער, אַז איך האָבּ איהר פֿון אונטען געמוזט אונטערהאַלטען מיט דער צווייטער האַנט, אַז זי זאָל ניט דורכגעריסען ווערען. איך געדענק אַ פּאָר פֿון די סצענעם, וואָם זיינען פֿאָרגעקומען בּשעת מיר האָבּען געמאַכט די קאָלעקשאָן.

עס זיצט אַ פּאָר פֿאָלק, און ווען איך קום צו, נעמט דער453מאַן פֿון זיין בּוזים-קעשענע אַרוים אַ דאָלאַר און לייגט אַריין אין מיין העט. „גיב מיר אױך אַ דאָלאַר”, זאָגט די פֿרוי צו איהם. ער מאַכט איהר אַ צייכען אַז איין דאָלאַר איז גענוג. דאַן גיט די פֿרוי מיט כּעם אַ ציה איין רינגעלע פֿון אַ פֿינגער, און אַ צווייטען, און וואַרפֿט זיי אריין.

עם איז צו מיר צוגעגאַנגען אַן עלטערער מענש און מיר איינגעראָמט אַ סוד: ער האָט בּיי זיך קיין געלד ניט. ער וועט מיר צושיקען שפּעטער. „איהר מעגט מיר געטרויען, — זאָגט ער צו מיר,—איך וועל ניט עסען און וועל ניט טרינקען, און וועל מיין קאָנטריבּיושאָן אָפּגעבּען”.

היינט איז פֿאַר אַן אַרבּייטער צו געבּען אַ פֿינף-דאָלאַרדינגע קאָנטריבּיושאָן קיין איבּעראַשענדע זאַך ניט. דאַן איז דאָם געווען אַ גרויסע סומע. און דאָך האָבּען איינינע אַרבּייטער געגעבּען צו פֿינף דאָלאַר, צו צעהן דאָלאַר און מעהר אױך. מען האָט פֿאַרזעצט זאַכען. אַ געוויסער גענאָסע האָט זיינעם אַ נייעם סוט אוועקגעטראָגען אין אַ פּאַאָן-שאַפּ אום בּייצושטייערען צו דעם פֿאָנד פֿון דער נייער צייטונג.

מאַקס פֿיין דערצעהלט פֿון עהנליכע סצענעם, וואָם זיינען פֿאָרגעקומען אױף אַן אַנדער מיטינג אַזעלכען.

ער עראינערט זיך אָן אַ „קליין-געוויקסיגען קעפּ-מייקער מיט אַ פּנים פֿון אַש קאָליר”, וועלכער איז „צוגעגאַנגען לאַנגזאַם צום טשערמאַן און עטוואָס אוועקגעלייגט לעבּען איהם. דעם פּאָרזיצענדען'ם געזיכט ווערט בּאַלויכטען. „פֿינף-און-צוואַנציג דאָלאַר!” — שרייט ער אוים.

„ער ווערט בּאַלד אַרומגערינגעלט מיט מענער און פֿרויען, וועלכע טראָגען געלד: ווער אַ דאָלאַר, ווער פֿופֿציג סענט; עס האָבּען זיך אױך געפֿונען אַזעלכע, וואָם האָבּען געגעבּען פֿינף-דאָלאַרדינגע. איינינע האָבּען ערקלערט, אַז זיי האָבּען מיט זיך קיין געלד ניט, אָבּער מען זאָל זיי פֿאַרשרייבּען, זיי וועלען צוברייגגען.

„איינער האָט אױף דעם געענטפֿערט:454„אױב איהר קענט קריגען געלד אין דער היים, טאָ געהט אַהיים און בּריינגט. מיר וועלען פֿון דאַנען ניט אוועקגעהן, בּיז מיר וועלען האָבּען אַ סומע, מיט וועלכער מיר זאָלען קאָנען אַרויסגעבּען דעם „פֿאָרווערטם”.

„אַ צווייטער האָט צוגעגעבּען:

„אױב איהר האָט בּיי זיך אין דער היים קיין געלד ניט, וועקט אױף אייערע שכנים און לייהט בּיי זיי געלד.

„דיזע עצות זיינען אױפֿגענומען געוואָרען מיט גרוים בּאַגייסטערונג.

„איינינע האָבּען צוגעבּראַכט זייערע זייגערלעך, רינגעלעך און בּראַסלעטען.

„עם איז שוין ליכטיג געוואָרען ווען מען האָט דעם מיטינג געשלאָסען”.

5

[טאָפּיק] די קאָנווענשאָן פֿון 30טען יאַנואַר, 1897. — דער נאָמען „פֿאָרווערטם”. — איך ווער ערוועהלט רעדאַקטאָר. — אַ דורכפֿאַל אין פֿילאַדעלפֿיא. — אַן ערצעהלונג אין „קאָסמאָפּאָליטען”.

די בּאַוועגונג וועגען אַ נייער סאָציאַליסטישער צייטונג — אַ צייטונג, וואָם זאָל געהערען צום פֿאָלק און ניט צו אַ הייפּעלע, אַ צייטונג וואָם זאָל געפֿיהרט ווערען פֿון אויסגעוועהלטע פֿאָרשטעהער און ניט פֿון אַ קליקע — האָט זיך צווישען סאָציאַליםטען שנעל פֿאַרשפּרייט. אַזוי איז געווען אין ניו יאָרק, און אַזוי איז געווען אין אַנדערע שטעדט. פֿון אַלע זייטען האָט זיך געהערט אַ פֿאָדערונג וועגען אַ קאָנפֿערענץ מיט דעם צוועק זיך גלייך צו נעהמען צו דער אַרבּייט.

די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען דעם 30טען און דעם 31טען דעצעמבּער, 1896, און דער רעזולטאַט איז געווען אַ בּאַשלום צוזאַמענצורופֿען455אַ קאָנווענשאָן פֿון אַלע פּרעסס-קלובם און סימפּאַטיזירענדע אידישע אַרבּייטער יוניאָנם פֿון אַמעריקא.

אַזאַ קאָנווענשאָן איז זיך צוזאַמענגעפֿאָהרען דעם 30טען יאַנואַר, 1897. איהרע זיצונגען האָבּען געדויערט צוויי טעג און צוויי נעכט, דעם 30טען און 31טען. זיי זיינען פֿאָרגעקומען אין דעם אויבּען-דערמאָנטען גרויסען בּייסמענט-זאַל פֿון וואָלהאַלא האָל, 48 אָרטשאַרד סטריט, ניו יאָרק. עם זיינען געווען פֿאָרטראָטען 23 אָרגאַניזאַציעם (פּאַרטי בּרענטשעם, אַנדערע סאָציאַליסטישע פֿאַראיינען און טרייד-יוניאָנם) פֿון ניו יאָרק, בּרוקלין, פֿילאַדעלפֿיא, באַלטימאָר, ניו-הייוון און האַרטפֿאָרד.

די אַנטייל-נעמער האָבּען, אַלזאָ, פֿאָרטראָטען ניט זיך אַליין, נאָר אָרגאַניזאַציעם. זיי זיינען געווען ניט קיין „לאָרדם”, נאָר „דעפּוטאַטען”. די פֿאָדערונג, וואָם איז אוימגעדריקט געוואָרען אין דעם אויבּען-דערמאָנטען „צוקונפֿט” אַרטיקעל — אַ „האָם און קאָממאָנם” אָדער אַ „האָם אָו לאָרדם?” — איז דאָ אַלזאָ פֿאַרווירקליכט געוואָרען.

אָנצוהערענישען אױף דעם האָט מען געהערט אין איינינע פֿון די רעדעם און אין די פּריוואַט געשפּרעכען צווישען די דעלעגאַטען. איך געדענק, צום בּיישפּיל, ווי אַטאַקירענדיג די קליקע און די גאַנצע אססאָסיאיישאָן, האָט אַ רעדנער אויםגעשריען:

— זיי מיינען אין דער אמת'ן זיי זיינען לאָרדען!...

מען האָט אױך געהערט שפּאַסען וועגען די „לאָרדם” און די „דעפּוטאַטען”.

מילא, אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון „דעפּוטאַטען” אָדער דעלעגאַטען איז אַ גאַנץ געוועהנליכע זאַך. דעלעגאַטען זיינען פֿאָרשטעהער פֿון געוויסע גרופֿען אָדער קרייזען. דער צוועק איז אָבּער געווען, אַז אױף דעם זעלבּען פּרינציפּ פֿון „פֿאָלקס-פֿאַרטרעטערשאַפֿט” זאָל געגרינדעט ווערען די צייטונג; אַז די שטענדיגע אָרגאַניזאַציע, וואָם וועט איהר אַרויסגעגעבּען און פֿיהרען איהרע געשעפֿטען, זאָל אױך באַשטעהן פֿון „דעפּוטאַטען”. און אַזוי איז זי ווירקליך צוזאַמענגעשטעלט געוואָרען.456דער נאָמען, וואָם מיר האָבּען געגעבּען דיזער אָרגאַניזאַציע, איז געווען פּרעסס פֿאַרבּאַנד” *.

איך מוז דאָ גלייך מודה זיין, אַז ווי שפּעטערע ערפֿאַהרונגען האָבּען בּאַוויזען, איז אַזאַ סיסטעם אין בּאצוג צו דער שטענדיגער קערפּערשאַפֿט, וואָם דאַרף פֿיהרען די געשעפֿטען און קאָנטראָלירען די רעדאַקציע פֿון אַ צייטונג, לייכטער צו ערקלערען אין טעאָריע, ווי דורכצופֿיהרען אין פּראַקטיק. לאָמיר נעמען איין בּיישפּיל: אַ פֿאַראיין שיקט אַ דעלעגאַט צו דעם פּרעסס-פֿאַרבּאַנד; שפּעטער ווערט דער פֿאַראיין צופֿאַלען; ער בּלייבּט עקזיסטירען נאָר אױף פּאַפּיר. דער דעלעגאַט אָבּער בּלייבּט אַלץ אַ מיטגליד פֿון דעם פּרעסס-פֿאַרבּאַנד, הגם ער רעפּרעזענטירט קיינעם ניט. אָדער עם קומען אין דעם פֿאַראיין אָדער יוניאָן אַריין נייע מיטגלידער מיט נייע מיינונגען, נייע פּאָליטישע אינטערעסען, און זיי האָבּען אַלץ אַ רעכט צו שיקען אַ דעלעגאַט צו דעם פֿאַרבּאַנד.

שפּעטער האָט מען געמוזט מאַכען ענדערונגען, אָבּער די הויפּט טענה פֿון די אָפּאָזיציאָנסיטען איז אימער אָפּגעהיט געוואָרען. איך מיין אונזער טענה, אַז די „פּאָבּלישינג אססאָסיאיישאָן” אין געוואָרען אַ פֿאַרמאַכטע קערפּערשאַפֿט, און אַז זי דאַרף זיין אָפֿען פֿאַר נייע מיטגלידער. די אָרגאַניזאַציע, וועלכע גיט אַרוים דעם „פֿאָרווערטם”, איז אימער געווען אַן אָפֿענע אָרגאַניזאַציע. זי געפֿינט זיך ניט אין די הענט פֿון „לאָרדם”. דער דעפּוטאַטען-פּרינציפּ קען אין איהר פֿאַרוואַלטונג ניט גילטען. עם איז אָבּער אַ פֿאָלקס-פֿאַרוואַלטונג דורך דעם, וואָם איהרע טירען זיינען אָפֿען; און איהר טרייער סאָציאַליסטישער כאַראַקטער איז בּאַוואָרענט457דורך דעם, וואָם איהרע מיטגלידער מוזען זיין גוט-שטעהענדע מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי (וועלכע איז געגרינדעט געוואָרען אין 1901). אַזוי איז דאָם געווען אימער און אַזוי איז דאָם היינט, דאָם הייסט נאָהענט פֿון דרייסיג יאָהר נאָך דעם ווי דער „פֿאָרווערטם” איז געבּאָרען געוואָרען.

די קאָנווענשאָן האָט פֿייערליך זיך ערקלערט פֿאַרפֿליכטעט „צו האַלטען הויך די פֿאָהן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלען קלאַסען-קאַמפֿ” און „צו אַרבּייטען מיט אַלע קרעפֿטען פֿאַר דער סאָציאַליסטישער אַרבּייטער-פּארטיי”.

אױף איינער פֿון איהרע זיצונגען איז אָנגענומען געוואָרען אַ בּאַשלום צו שיקען אַ קאָמיטע צו דער פּאָבּלישינג אססאָסיאיישאָן פֿון „אַבּענד-בּלאַט” און צו פֿאָדערען, אַז זי זאָל אָפּגעבּען די צייטונג צו פֿאָרשטעהער פֿון סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעם און יוניאָנם, דאָם הייסט, צו אונזער פּרעס-פֿאַרבּאַנד. עם איז אָפּויגטער געוואָרען אַ קאָמיטע צו דיזען צוועק. עם איז איבּעריג צו בּאַמערקען, אַז די אססאָסיאיישאָן האָט זיך פֿון דעם בּאַשלום אויסגעלאַכט.

מילער האָט געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל די נייע צייטונג רופֿען „פֿאָרווערטם”. איך האָבּ געגלויבּט אַז מען דאַרף אַן עכט-אידישען נאָמען, אָבּער אַ געראָטענעם אידישען נאָמען פֿאַר אַ צייטונג איז ניט גרינג צו געפֿינען, און „פֿאָרווערטם” הייסט דער הויפּט אָרגאַן פֿון דער גרויסער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פֿון דייטשלאַנד, איז מילער'ם פֿאָרשלאַג אָנגענומען געוואָרען איינשטימיג.

איך בּין איינשטימיג ערוועהלט געוואָרען רעדאַקטאָר.

מען האָט זיך ווייטער גענומען קלייבּען געלט. עטליכע פֿון אונז זיינען אַרומגעפֿאָהרען איבּער פֿאַרשידענע שטעדט, געהאַלטען רעדעם און געמאַכט קאָלעקשאָנם אָדער אָרגאַניזירט בּענעפֿיט-קאָנצערטען. אין פֿילע פֿלעצער האָבּען מיר געהאַט ערפֿאָלג, ניט אין אַלע. דעם ערגסטען דורכפֿאַל האָבּען מיר געהאַט אין פֿילאַדעלפֿיא. די דאָרטיגע גענאָסען האָבּען גענומען458דעם גרעסטען און שעהנסטען טעאַטער אין שטאָדט (אַקאַדעמי אָוו מיוזיק) אױף רעדעם און אַ רייכען קאָנצערט, און זיי האָבּען געטאָן אַלעם מעגליכעם צו פֿאַרקויפֿען טיקעטם; דער רעזולטאַט איז אָבּער געווען אַ טרויעריגער. דער טעאַטער איז געווען כּמעט פּוסט. מילער און ווינטשעווסקי און איך זיינען געווען די רעדנער. אױפֿ'ן האַרצען איז געווען זעהר קאָלעמוטנע. מיר זיינען געפֿאָהרען צוריק קיין ניו יאָרק מיט צוראָפֿגעלאָזענע קעפּ.

ווען איך זאָג, אַז אין איינינע פֿלעצער זיינען די אונטערנעהמונגען געווען ערפֿאָלגרייך, דאַרף מען ניט מיינען אַן ערפֿאָלג אין דעם היינטיגען זין פֿון וואָרט. די פֿאַרדינסטען פֿון די אַרבּייטער זיינען געווען פֿיל קלענער ווי היינטיגע צייטען, און בּיי דער גרעסטער בּאַגייסטערונג האָט מען ניט געקענט ערוואַרטען קיין רעזולטאַטען לויט דער היינטיגער מאָם.

אין דעם טאָג, ווען מיר זיינען געפֿאָהרען קיין פֿילאַדעלפֿיא אױף דער אויבּען-דערמאָנטער פֿאַרזאַמלונג, איז ערשינען דער מאַרטש נומער פֿון דעם אַמעריקאַנער מאָנאַט-זשורנאַל „קאָסמאָ-פּאָליטען”, און דאָרטען איז געווען אָפּגעדרוקט מיין ערצעהלונג. איך האָבּ זיך געפֿיהלט גליקליך און זיך געגעבּען אַ „נדר” ניט צו פֿאַרנאַכלעסיגען מיינע ליטעראַרישע שאַנסען. כ'האָבּ ווידער עפּעם אױפֿגעשריבּען, אָבּער נאָר איין זאַך (וועגען דעם אין נעקסטען בּאַנד). מיין צייט און ענערגיע זיינען געווען פֿאַרנומען אין אונזערע אָנשטרענגונגען צו גרינדען דעם „פֿאָרווערטם”.

מיר האָבּען אוועקגעגעבּען אַזוי פֿיל קרעפֿטען צו שאַפֿען און פֿעסט אַוועקצושטעלען די „אַרבּייטער צייטונג”, וועלכע האָט מעגליך געמאַכט דעם „אַבּענד-בּלאַט”, און אַלץ האָט מען בּיי אונז צוגענומען; אַלזאָ, וועלען מיר איצט גרינדען אַ סאָציאַליסטישע צייטונג, וועלכע קיינער וועט שוין ניט קענען אַריינכאַפֿען. דיזער געדאַנק האָט אין מיר געווירקט אַלם טרייבּ-קראַפֿט, און אַזוי האָט ער אױך געווירקט אױף הונדערטע אַנדערע אָפּאָזיציאָניסטען.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 427] אירעאָפּעער, וועלכע זיינען ניט באַקאַנט מיט'ן אַמעריקאַנער לעבען, וואונדערען זיך: צו וואָס בױט מען „הימעל-קראַצערס"? פֿאַרוואָס טױגען ניט די קלענערע געביידעם? דער ענטפֿער איז, אז יעדער אַמעריקאַנער וויל האָבען זיין אָפֿים אין דעם צענטער. אַלע שפּאַרען זיך צו אַיין קליינעם שטח. אַלע לאָיערס, צום ביישפּיל, מוזען האָבען זייערע

[ז׳ 435] אײַנצעלהייטען וועגען דעם און וועגען מײַן ליטעראַרישער קאַריערע (ביז 1902) בכלל וועלען געגעבען ווערען אין דעם נעקסטען באַנד.

[ז׳ 456] מען דאַרף דאָ באַמערקען דאָם פֿאָלגענדע: צווישען די נייע מיטגלידער, וועמען דער אָפּאָזיציאָן איז געלונגען אַריינצובריינגען אין דער אססאָסיאיישאָן, לויט דעם קאָמפּראָמים וואָם איז געמאַכט געוואָרען אױף דער „סאָדא קאָנפֿערענץ”, ווי איך פֿלעג דאָם רופֿען, איז שוין אױך געווען אַ געוויסע צאָהל „דעפּוטאַטען”. בּיי דער ענדליבער שפּאַלטונג זיינען זיי געווען צווישען די 52 אָפּאָזיציאָנסיטען, וואָם האָבּען אַרויםגעמאַרשירט פֿון האָלל. און איצט זיינען זיי געווען דעלעגאַטען צו דער קאָנווענשאָן און צו דעם „פּרעס-פֿאַרבּאַנד”.