בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · דריטער באַנד (נ.י., 1926)
זיבען יאָהר קהל׳שע טעטיגקייט

דרײַצעהנטער קאַפּיטל

ערשטע מאָנאַטען פֿון „פֿאָרווערטס"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 459–492, מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1926. די נומערן אַזױ װי 459 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
די רעדאַקציע אױף דואײן סטריט.—יעקב גאָרדין.—מילער, ווינטשעווסקי, זשעמעטקין. — ליעסין קומט קײן אמעריקאַ.

459דער ערשטער נומער „פֿאָרווערטס" איז ערשינען דעם 22טען אפּריל, 1897.

מיט גרױסע שוועריגקייטען האָבען מיר צוזאַמענגעשטעלט אַ סומע, וועלכע איז קוים גענוג געווען צו מאַכען אַן אָנפֿאַנג. אַלץ האָט אױסגעזעהען אָרים, קבצנ'דיג. וועגען קױפֿען אַן אײגענעם פּרעס האָט קײן רייד ניט געקענט זײן. מיר האָבען דעם „פֿאָרווערטס" געמוזט דרוקען אַנדערשוואו. פֿון בעקוועמליכקייט וועגען האָבען מיר באַשלאָסען צו האָבען די רעדאַקציע מיט דעם שריפֿטזעצער-שאַפּ לעבען דעם פּלאַץ וואו די צייטונג וועט זיך דרוקען. און אזױ ווי אין אידישען קוואַרטאַל זײנען קײן גרױסע דרוקערייען ניט געווען, האָבען מיר די רעדאַקציע ניט געקענט האָבען צוזאַמען מיט דעם ביזנעס אָפֿים, וועלכער האָט נאַטירליך געמוזט זײן אין אידישען קוואַרטאַל.

אױף איסט בראָדוויי האָבען מיר געדונגען אַ סטאָר און אױסגעהאַנגען אַ סאײן „פֿאָרווערטס". דאָס איז אױסגעקומען פּונקט אַנטקעגען דעם פּלאַץ וואו היינט געפֿינט זיך די „פֿאָרווערטס" בילדינג. איצט איז דאָרטען דער סואַרד פּאַרק, וועלכער האָט נאָך דאָן ניט עקזיסטירט. דאָן האָט זיך אַנטקעגען דער איצטיגער „פֿאָרווערטס"-בילדינג געצויגען אַ סײדוואָק מיט460אַ צײל הײזער. דאָרטען האָבען מיר אַלזאָ געהאַט אונזער ערשטען ביזנעס אָפֿים. די רעדאַקציע און די דרוקעריי אָבער איז געווען אױף דואײן סטריט, לעבען דעם קאָרנער פֿון פּאַרק ראָו, ניט ווייט פֿון דעם איצטיגען מיוניסיפּאַל בילדינג און דעם ברוקלין ברידזש. דיזען בלאָק האָבען מיר אױסגעקליבען, ווייל נאָהענט דערביי איז געווען דער פּלאַץ וואו די צייטונג האָט זיך געדרוקט. פֿון דעם ביזנעס אָפֿים צו דער רעדאַקציע איז געווען ביי צעהן מינוט גאַנג.

דאָרטען, אױף דואײן סטריט, האָבען מיר געדונגען אַ „לאָפֿט" אָדער „פּלאָר" אין אַ געבײדע, וועלכע איז געווען פֿאַרנומען מיט ווער-הײזער. דעם פּלאָר האָבען מיר פֿאַנאַנדערגעטיילט אױף דריי טיילען: פֿאַר די שריפֿטזעצער, פֿאַר די נײעס-שרײבער און אַ פּריוואט „אָפֿים" פֿאַר דעם רעדאַקטאָר — אַ לאַנגער צימער, אָבער אזאַ שמאָלער, אַז ווען מען האָט אַרײנגעשטעלט צוויי דעסקס, איז געווען פּלאַץ נאָר פֿאַר אײן מענשען דורכצוגעהן. אײנער פֿון די דעסקס איז געווען פֿאַר'ן רעדאַקטאָר און דער צווייטער פֿאַר אײנעם פֿון די מיטאַרבייטער. דער פֿענסטער פֿון דיזען צימערעל איז אַרױסגעקומען אױף דואײן סטריט. די נײעס-שרײבער האָבען געהאַט אַ גרױסען לופֿטיגען צימער צום יאַרד.

די פּאַרטישאַנס זײנען געווען געמאַכט פֿון נײע ניט-געפֿאַרבטע ברעטער, און ער היום געדענק איך דעם ריח פֿון פֿרישע האָלץ, וועלכער פֿלעגט מיך דורכדרינגען, ווען איך בין געזעסען ביי מײן דעסק.

מײן געהאַלט אַלם רעדאַקטאָר איז געווען 15 דאָלאַר אַ וואָך, און דאָס איז אױך ניט אימער געווען.

די ערשטע עטליכע מאָנאַט איז יעקב גאָרדין, דער דראַמאַטורג, געווען אַן אינסיידינגער מיטאַרבייטער ביי אונז, און ער פֿלעגט זיצען ביי דעם דעסק וואָס איז געשטאַנען לעבען מײנעם. ער האָט ביז דאָן פֿאַר דער ביהנע אױפֿגעשריבען, חוץ „סיביר", „דער רוסישער איד אין אמעריקאַ", „צוויי וועלטען" און „דער אידישער קעניג ליר". און ער האָט שױן געהאַט אין זינען דעם אינהאַלט פֿון „די אידישע461קעניגין ליער" („מירעלע אפֿרת"). זײנע פֿאַרדינסטען פֿון טעאַטער זײנען אָבער דאָן נאָך געווען זעהר קלײן. פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" פֿלעגט ער שרײבען פֿעליעטאָנען. צום בײשפּיל: ווען אין ניו יאָרק האָט מען געבראַכט דעם קערפֿער פֿון דזשענעראַל גראַנט און מען האָט איהם אַוועקגעלייגט אין דעם אָקאָרשט-אױסגעבױטען „גראַנט'ס טאָם", אױף ריווערסײד דרײוו, האָט ער דאָס באַשריבען. ער האָט פֿאַר אונז אױך געשריבען סקיצען און אַרטיקלען איבער דער געשיכטע פֿון דער דראַמאַ. מילער, ווינטשעווסקי און זשעמעטקין האָבען אַנטײל גענומען אַלס אױטסײדיגע מיטאַרבייטער.

זונטאַג פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס" ערשײנען אין דער פֿאָרמע פֿון אַ זשורנאַלטשיק, אין „מאַבלאַיד פֿאַרם", ווי מען רופֿט דאָס היינט — אַ סך קלענער ווי יענער טעגליכער „פֿאָרווערטס". צווישען אנדערע מיטאַרבייטער האָט זיך אין איהם באַטײליגט מײן פֿרוי מיט איבערזעצונגען פֿון גוטע רוסישע ערצעהלונגען פֿון אידישען לעבען (אױך האָט זי איבערזעצט אַ פֿאָר ליטעראַרישע זאַכען פֿאַר דער „צוקונפֿט"). ז. לעווין האָט דאָן געשריבען זײנע ערשטע סקיצען און זיי זײנען ערשינען אין „פֿאָרווערטס". צווישען די נײעס-שרײבער און אינסיידיגע מיטאַרבייטער איז געווען ז. קאָרנבליט און וויליאם קייזער.

אַ קורצע צײט נאָכדעם ווי דער „פֿאָרווערטס" איז געגרינדעט געוואָרען, איז פֿון רוסלאַנד געקומען ליעסין. ער האָט באַזוכט אונזער אָפֿים אױף דואײן סטריט, — אַ יונגינקער, אַ שעהנינקער, מיט אַ געזיכט ווי אַ פֿרישער עפֿעל, און אין אַ שפּאָגעל-נײעם אמעריקאַנער קאָסטיום. ווען ער איז באַקאַנט געוואָרען מיט די אורזאַכען פֿון דער שפּאַלטונג אין אונזער באַוועגונג און מיט די אײנצעלהייטען פֿון דעם סכסוך, איז ער צוגעשטאַנען צו אונזער צד. ער איז פֿאַר אונז געווען אַ וויכטיגע קראַפֿט. ער האָט פֿאָרטגעזעצט צו שרײבען געדיכטען; ער האָט אָבער אױך אָנגעהױבען צו געבען לײט-אַרטיקלען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", און זיי האָבען געצויגען אױפֿמערקזאַמקייט.

2
ערשטע נומערען זונטאָגס-„פֿאָרווערטס". — מיטאַרבייטער. — אַרטיקלען. — אַדווערטײזמענטס.

462פֿאַר מיר ליגט איצט אַ געבונדענע זאַמלונג פֿון זונטאָגס-„פֿאָרווערטס" פֿון די ערשטע עטליכע מאָנאַטען. זיי זײנען אין אַ קלענערען פֿאָרמאַט ווי דער דאַמאָלסדיגער טעגליכער „פֿאָרווערטס", ווי אױבען איז שױן געזאָגט געוואָרען. דער ערשטער נומער איז אַ מאַי-נומער, הגם דער דאַטום איז דער צווייטער מאַי. אַלס אַ פֿאָדערבלאַט האָט ער אַ צײכנונג, וואו עס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי די אַרבייטער באַוועגונג שטורעמט די פֿעסטונג פֿון קאַפּיטאַל. ביי דער פֿעסטונג שטעהט אַ מײדעל און רופֿט די מחנות די פֿעסטונג אײנצונעהמען. די מײדעל האַלט אין האַנט אַ שווערד, אױף וועלכען עס איז אױפֿגעשריבען „סאָציאַל-דעמאָקראַטיע". אױף איהר רוף קומט אָן די פֿרייהייטס-געטין מיט אַ גרױסער פֿאָן מיט דעם אױפֿשריפֿט „פֿאָרווערטס". פֿון אױבען, איבער דער גאַטין, געפֿינט זיך אַ שורה „8 שטונדען אַרבייטס-טאָג". אױף דער פֿעסטונג איז אױפֿגעשריבען דער וואָרט „קאַפּיטאַליזמוס". פֿון אױבען פֿון דער פֿעסטונג קוקען אַרונטער מיליאָנערען, זיי מאַכען מיט די פֿױסטען, זיי זײנען ווילד-בייז; זיי זײנען פֿאַרצווייפֿעלט.

אום דעם לעזער צו געבען אַ באַגריף וועגען דעם „פֿאָרווערטס" פֿון יענע מאָנאַטען, וועל איך איהם באַקאַנט מאַכען מיט יענע זונטאָגס-נומערען.

אַ נומער האָט געהאַט 16 פֿײדזשעס, ריכטיגער געזאָגט, פֿײדזשקעס. וואָרים יעדע פֿײדזש איז קלענער ווי אַ פֿערטעל פֿון אַ היינטיגער „פֿאָרווערטס"-פֿײדזש. דריי אָדער פֿיר פֿון דיזע פֿײדזשקעס פֿלעגען זײן אױסגעפֿילט מיט אַדווערטײזמענטס און מיט דעם אינהאַלטס-פֿאַרצייכניס. די לעזע-שטאָף פֿון אַ זונטאָגס-„פֿאָרווערטס" האָט, אַלזאָ, פֿאַרנומען אַרום צוויי-און-אַ-האַלב פֿײדזשעס פֿון אַ היינטיגען „פֿאָרווערטס". מיט אַ צוואָנציג היינטיגע געדיכטע „פֿאָרווערטס"-קאָלומס וואָלט איהר געקענט אױספֿילען דעם גאַנצען אינהאַלט פֿון אַ דאַמאָלסדיגען זונטאָגס-„פֿאָרווערטס".463צוערשט קומט אַן ערצעהלונג מיט'ן נאָמען „דאָקטאָר וואָראָביעטשיק'ס שדוך", אַן ערצעהלונג פֿון אידישען לעבען, פֿון ר. מ. גינן, איבערזעצט פֿון רוסישען פֿון אננאַ קאַהאַן (די ערצעהלונג איז אַן אױסגעצייכענטע און די איבערזעצונג איז אין דעם אײנפֿאַכסטען און נאַטירליכסטען אידיש; זי געהט אין פֿיר פֿאָרטזעצונגען, צו צוויי אָדער אָנדערהאַלבען זייטלעך אַ פֿאָרטזעצונג).

א. ליעסין (וואַלט). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין מינסק, אין 1897.
א. ליעסין (וואַלט). — פֿאָטאָגראַפֿירט אין מינסק, אין 1897.
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל צװישן זז׳ 462–463)

דאָן קומען דריי אינטערעסאַנטע ווערטלעך, גענומען פֿון אַנדערע שפּראַכען, אונטער דעם איבערשריפֿט „קורץ און שאַרף". די ווערטלעך זײנען:

„די ווייטסטע וועג אין גאַנצען לאַנד, איז פֿון האַרצען צום מױל און פֿון מױל צום האַנד".

* * *

„דאָ ליגט אַ קאַרגער עושר באַגראָבען, שלעכט ביים הערצען און פֿאַרדאָרבען; גוטם, אױב ער האָט אַמאָל געטאָן, איז דאָס וואָס ער איז געשטאָרבען".

* * *

„קלוג צו רײדען איז זעהר שווער, קלוג צו שווייגען נאָך פֿיל מעהר".

דער נעקסטער אַרטיקעל איז אַ פּאָפּולער-וויסענשאַפֿטליכער, געשריבען פֿון דר. אב. קאַספּע. דער איבערשריפֿט איז: „וואָס איז ברענען?" און אונטער דעם אַ קלענערע קעפּעל: „וואָס קומט פֿאָר דערביי?"

דר. קאַספּע האָט אױף מײן אײנלאַדונג געשריבען פּאָפּולער-וויסענשאַפֿטליכע אַרטיקלען יעדען זונטאָג. ער פֿלעגט מיר פֿאָרשלאָגען די טעמעם און איך פֿלעג זיך אױסקלײבען אזעלכע וואָס זײנען געווען פּאָפּולער און אינטערעסאַנט פֿאַר'ן עולם.

דער נעקסטער אַרטיקעל טראָגט דעם נאָמען „שאַדדי". ער איז געשריבען פֿון אַלעקסאַנדער יאָנאַס. דער אַרטיקעל איז געווען אױף ענגליש און איז איבערזעצט געוואָרען אין דער רעדאַקציע. יאָנאַס איז דאָן געווען אָהן באַשעפֿטיגונג און איך האָב געוואואוסט, אַז זײן מאַטעריעלער צושטאַנד איז אַ געדריקטער. דעליאָן האָט איהם ניט אױפֿגעהערט צו פֿאַרפֿאָלגען און ער, יאָנאַס, האָט זיך געפֿונען אין אַ שווערער לאַגע. ער האָט געהאַט464אַ ירושה אין דייטשלאַנד און פֿלעגט באַקומען געוויסע סומען פֿון דאָרטען. ס'איז אָבער געווען עפּעס אַן אָפּהאַלט און ער איז יענע מאָנאַטען געווען זעהר נעענגט. ער האָט זיך קײנמאָל ניט באַקלאָגט און איז אימער געווען געקלײדעט זעהר ציכטיג און נעט. ער איז געווען אַ זעהר באַשיידענער מענש, אַ דזשענטעלמען אין דעם בעסטען זין פֿון וואָרט. איך האָב זיך דערוואואוסט פֿון זײן לאַגע דורך אַ דייטשען שריפֿטשטעלער, וועלכער איז געווען זײנער אַ גוטער פֿריינד. ס'האָט אױף מיר געמאַכט אַ שרעקליכען אײנדרוק.

אונזער אַלעקסאַנדער יאָנאַס זאָל וויסען פֿון נױט! אונזער הױך-געאַכטעטער און פֿיל-געליבטער גענאָסע יאָנאָס! דאָס איז פֿאַר מיר געווען דער גרױליכסטער בײשפּיל פֿון אַ דעליאָן-קרבן.

איך האָב איהם אײנגעלאַדען צו שרײבען פֿאַר אונז פֿון צײט צו צײט. מיר האָבען ניט געהאַט גענוג געלד אױף די אָרימסטע ווײדזשעם פֿאַר די שטענדיגע מיטאַרבייטער, אָבער אַלעקסאַנדער יאָנאָס'ן אײנצולאַדען — דאָס האָבען מיר געטאָן מיט דער גרעסטער פֿרייד. דאָס איז געווען אַן אונבעשרײבליכער געפֿיהל. אַלעקסאַנדער יאָנאָס!

ער האָט מיר געבראַכט זײן ערשטען אַרטיקעל, און דערביי האָט ער זיך געזעצט לעבען מיר, גענומען אַ שטיקעל פּאַפּיר און אױפֿגעשריבען:465„וואָלט דער „פֿאָרווערטס" מיר געקענט געבען פֿאָראױס 12 דאָלאַר?"

ווען איך האָב דאָס איבערגעלעזען, איז מיר פֿינסטער געוואָרען אין די אױגען. אַלעקסאַנדער יאָנאָס זאָל דאַרפֿען שרײבען אזאַ צעטעלע!

איך האָב ביי זיך קײן געלט ניט געהאַט און די אַנדערע גענאָסען אין דער רעדאַקציע האָבען אױך ניט געהאַט. מיר האָבען געבאָרגט און איך האָב איהם די סומע געגעבען.

„איך האָף, אַז אין קורצען וועלען מײנע אומשטענדען זיך פֿאַרבעסערען; איך ערוואַרט געלט פֿון בערלין", — האָט ער געזאָגט מיט אַ שעמעוודיגען שמייכעל, זעגענענדיג זיך מיט מיר.

זײנע ערוואַרטונגען זײנען פֿאַרווירקליכט געוואָרען. זײן לאַגע האָט זיך פֿאַרבעסערט. רײך איז ער קײנמאָל ניט געווען. ער האָט געלעבט אין אַ פֿױרנישד רום, אין וועיווערלי פּלייס, וואו איך פֿלעג איהם באַזוכען. איך פֿלעג איהם אױך באַזוכען אין אַ באַקאַנטען קאַפֿע, אױף קאָרנער בראָדוויי און עלפֿטע סטריט, וואו ער פֿלעגט פֿאַרברענגען די אָוונטען מיט זײנע דייטשע פֿריינד, מײסטענס ליטעראַטען, קינסטלער און געלעהרטע (דער קאַפֿע האָט זיך געפֿונען נעקסט צו דער באַריהמטער גריים טשוירטש. שפּעטער האָט מען די געבײדע פֿון דעם קאַפֿע אַרונטערגעוואָרפֿען און מ'האָט אױף איהר פּלאַץ אױפֿגעשטעלט אַן עקסטענשאָן פֿון דער טשוירטש, וועלכע איז פֿריהער געווען קלענער).

יענער אַרטיקעל זײנער פֿאַנגט זיך אָן מיט די פֿאָלגענדע שורות:

„ווערטע רעדאַקציאָן! מיט גרױס פֿאַרגעניגען וועל איך ערפֿילען אײער וואונש פֿון צײט צו צײט עטוואָס אין אײער בלאַט צו שרײבען. איך וועל היינט אָנווייזען אױף אַן אַרטיקעל, וואָס די היגע „וואָירלד" — אַ צייטונג וואָס זעהט תּמיד זיך צו חנפֿ'ענען צו די אַרבייטער — האָט ענטהאַלטען אױף מאָרגען נאָך דעם גרענט יום-טוב (דער אױבענדערמאָנטער פּאַראַד וואָס מען האָט געמאַכט בעת מען האָט קײן ניו יאָרק געבראַכט דעם קערפֿער פֿון גענעראַל גרענט). דער דאָזיגער אַרטיקעל פֿיהרט אַרױף אױף פֿילע וויכטיגע געדאַנקען. אין איהם מאַכט זיך די466הייסט שאַדדי. ער ווייזט אויס שעהן, אָבער ער האָט ניט קיין ממשות, ער צוקריכט זיך גלייך. און אַזוי איז די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע ציוויליזאַציע. זי איז ציוויליזאַציע נאָר אויפ'ן אויסזעהן. אינוועניג איז זי צוּווערימט.

נעקסט קומט אַ געדיכט „צום פאָרווערטס", אונטערגעשריבען אַ סאָציאַליסט".

ווייטער קומט אַן אַרטיקעל „אונזער יום-טוב", פון מ. ווינטשעווסקי. ער שטעלט פאָר דעם קלעגליכען וואָכעדיגען לעבען פון דעם אַרבייטער: מאַי איז פריהלינג. די נאַטור האָט בלומען, פויגעלעך, אָבער דער אַרבייטער געניסט ניט דערפון; ער האָט דערפון געהערט, אָבער אין זיין טעמפּעראַמענט-וואויינונג זעהט ער דאָס ניט. ריידענדיג צו די אַרבייטער, זאָגט ווינטשעווסקי:

„אָנהויב מאַי באַדייט פאַר אייך רענט פאַר'ן לענדלאָרד; פריהלינג באַדייט פאַר אייך די ערגסטע צייט פאַר דער אויסצעהרונג. בלומען זיינען פאַר אייך זאַכען וואָס פאַרוועלקען ווי די אַמאָליגע ראָזען אויף אייער פרוי'ס באַקען. פייגעלעך זיינען פאַר אייך טורעמניקעם אין שטייגען, וועלכע זינגען פאַר צרות, פיליכט, מיט פאַרצווייפלונגספאַלע טרעלען. און איהר באַטראַכט אייערע קינדערלעך, ווי זיי שלאָפען צונויפ געצוקאַמשקעטע אין אַ בעטעל און איהר קלערט, אַז זיי טרוימען פיליכט וועגען זאַכען, וועלכע אויפ'ן וואָהר וועלען זיי האָבען און קריגען ניט, וועגען זאַכען, וואָס אויפ'ן וואָהר קענען זיי טאָן און טאָרען ניט, און דאַן... און דאַן זאָגט איהר: אָט די מיידעלע, אַ פרישער, אַ זיסער, ליבער פריהלינג אויף צוויי פיסעלעך, מיט איהרע אויגעלעך, וועלכע שיינען געמאַכט צום זעהן, וועלען און האָבען, — דיזע מיידעלע, צו וואָס וואַקסט זי? ווען זי וועט ווערען פון פריהלינג אַ זומער, וועט זי זיין אין אַ קיך אָדער אין גאַם? וועט זי אַרבייטען אָהן לוסט, אָדער בעלוסטיגען אָהן אַרבייט? וועט זי זיך פאַרדינגען אָדער פאַרקויפען? און ווען זי וועט עררייכען איהר יעסיען, וואָס פאַר פריכטע וועט זי האָבען געריייפט? און ווען עם וועט קומען איהר ווינטער? אייך שוידערט אַרום דעם צו טראַכטען."

דאַן זאָגט דער שרייבער, אַז אַזוי פיהלט דער אַרבייטער467מאָגטעגליך; היינט אָבער, דעם ערשטען מאַי, שטעהט דער אַרבייטער אויף מיט אַ געפיהל, אַז דער ערשטער מאַי איז ניט אַ טאָג ווי אַלע טעג. ס'איז אַ יום-טוב. „אַכט מיליאָן צייל-באוואוסטע מענער פיהלען מיט איין האַרצען, דענקען אַלע מיט איין מוח; דאָס פּראָלעטאַריאַט פון דער גאַנצער ציוויליזירטער וועלט מושטירט זיך צום קאַמף." דער אַרטיקעל ווערט געשלאָסען מיט די ווערטער:

„היינט איז דער ערשטער מאַי! דער קאַמף איז ניט מעהר ווייט, מיר דאַרפען זיך נאָר באַוואַפענען, מיר דאַרפען זיך נאָר מושטירען, מיר דאַרפען נאָר אָרגאַניזיען דעם זיג."

דער נעקסטער אַרטיקעל, וועלכער פאַרנעמט צוויי זייטלעך, איז דער אָנהויב פון אַ סעריע אַרטיקלען פון יעקב גאָרדין איבער דער געשיכטע פון דער דראַמע. דאַן קומט אַן אַרטיקעל: „אַ פאָר ווערטער איבער פּאָליטישער עקאָנאָמיע", פון מ. זאַמעטקין. דער אַרטיקעל פאַרנעמט אַ זייטעל און עטליכע שורות געהען אַריבער אויף דער נעקסטער זייטעל. דער איבערגעבליבענער פּלאַץ אויף יענעם קאָלומעל איז פאַרנומען מיט וויצען. דאַן קומט אַן אַרטיקעל: „ליטעראַטור און די ביהנע" (וועגען טהאָמאַס האַרדי'ס ראָמאַן „טעסס אָו דהי דוירבערערוויללס", ווי ער איז דראַמאַטיזירט און געשפילט געוואָרען), געשריבען פון מיר. ריידענדיג וועגען טהאָמאַס האַרדי'ן און וועגען דער ענגלישער ליטעראַטור אין אַלגעמיין, זאָג איך:

„די יעצטיגע ענגלישע ליטעראַטור איז פול מיט טאַלענטפולע פּסולת. מענער און פרויען מיט גרויסע פעהיגקייטען, וואָס וו9אָלטען געקענט טויגען צו עטוואָס רעכטס, ליגען זייערע קרעפטען אַוועק אויף באָבע מעשות, אויף פאַרפלאַנטערטע אינטריגעס, אויף קינדערשע נאַרישקייטען. עס זיינען אָבער אין ענגלאַנד אויך פאַראַן ערנסטע בעלעטריסטען, וואָס האָבען רעספּעקט צו זייער טאַלענט; און דער גרעסטער, דער טאַלענטפולסטער פון דיזע איז אָהן צווייפעל טהאָמאַס האַרדי. רעכענען רעכענט מען איהם אין ענגלאַנד און אין אַמעריקא פאַר אַ רעאַליסט; אין פראַנקרייך אָדער אין רוסלאַנד וואָלט מען צווישען זיינע רעאַליסטישע בילדער געפונען אַ סך, וואָס הויבט ניט אָן צו זיין לעבענס-טריי.468אָבער אומעטום וואָלט מען ענטציקט געוואָרען, און מען ווערט מאַקע ענטציקט פון אַלע זיינע ווערק."

איך ווייז אָן, אַז „טעסס אָו דהי דוירבערערוויללס" איז געוועזען די ליטעראַרישע סענסאַציע פון 1892 און דאַן זאָג איך אַ פּאָר ווערטער וועגען זיין לעצטען ראָמאַן „דזשוד דהי אָבסקיור". וועגען איהם זאָג איך:

„אַ ווירקליך בריליאַנטענעם ווערק, וועלכע האָט איבערדאַשט די בורזשואַזנע צבועקעם פון ענגלאַנד, ווייל דאָרטען ווערען רעאַליסטיש געשילדערט געוויסע סצענעם צווישען פרויען און מענער."

איך דערצעהל ווי צוליב דער סענסאַציע האָט מען אין ניו יאָרק געשטעלט זיין „טעסס אָו דהי דוירבערערוויללס" אין אַ טעאַטער, מיט דער באַריהמטער אַמעריקאַנער רעאַליסטישער שוישפּילערין מרס. פיסק אין דער הויפּט-ראָלע. דאַן זאָג איך:

„האַרדי איז פילייכט דער איינציגער גוטער ראָמאַניסט אין ענגלאַנד (וועגען אַמעריקא ריידען מיר דאָ ניט), אין דיזע צייטען, וואָס בויט זיינע ראָמאַנען דאָס רוב אויף אַ וויכטיגער, יעדענפאַלם אינטערעסאַנטער, אידעע. זיינע ערצעהלונגען זיינען ניט נאָר קינסטלערישע בילדער, זאָנדערען אויך בילדער, אין וועלכע עם איז פאַראַן איבער וואָס זיך צו פאַרטראַכטען.

„דער אינהאַלט פון „טעסס", וועלכען מיר קענען דאָ, נאַטירליך, איבערגעבען בלויז בקיצור, איז אַ גוטער ביישפּיל."

דאַן קומט דער אויסצוג, אין וועלכען איך גיב איבער דעם עיקר פון דער טעמא און פון דער האַנדלונג.

צום שלום פון דיזען אַרטיקעל דערצעהל איך וועגען דעם דייטשען מעאַטער אין אוירווינג טעאַטער, וואו דאַן האָט געשפילט די באַריהמטע דייטשע שוישפילערין סאָרמא. איך דערצעהל, אַז צו דער פאָרשטעלונג איז געקומען עקס-פּרעזידענט קליוולענד מיט זיין פרוי, און איך ענדיג מיט די ווערטער:

„סאָרמא איז די גרעסטע שוישפילערין, וואָס האָט אין ניו יאָרק געשפילט דיזען סעזאָן. דער בעסטער טעאַטער אין ניו יאָרק, און דאָס הייסט אין גאַנצען לאַנד, איז דער דייטשער טעאַטער אין אוירווינג פּלייס" (איצט איז דאָרטען אַ אידישער טעאַטער).469אויף איין זייטעל בלייבט איבער אַ טייל פון אַ קאָלום, און דער פּלאַץ איז אויסגעפילט מיט אַ געראָטענעם אידישען וויץ און מיט אַ געראָטענער געדיכט פון ש. וואָלפזאָן (דאָס איז דער זעלבער א. ל. וואָלפזאָן, וועלכער שרייבט היינט זיינע „לוסטיגע לידער" אין יעדען נומער זונטאָגס-„פאָרווערטס". דאַן איז געשטאַנען „ש" אַלס דער ערשטער בוכשטאַב פון זיין ערשטען נאָמען ענטוועדער דורך אַ מיסטייק אין דרוק, אָדער ווייל ער פלעגט טאַקע אָפט פאַרשטעלען זיין נאָמען. ער איז דאַן געווען אַן אַנאַרכיסט און ער האָט מורא געהאַט, אַז אויב דער „פאָרווערטס" וועט וויסען ווער דער שרייבער איז, וועט ער זיינע געדיכטען ניט וועלען דרוקען). די געדיכט איז אין דעם זעלבען גייסט ווי זיינע איצטיגע „לוסטיגע לידער". אָט איז זי:

אני מאמין

אויף אַ קליינעם וויסען אייזעל, זאָגט מען, וועט משיח קומען; פּויקען וועלען שטירמיש קלאַפּען און טרומפּייטען וועלען ברומען. און ביי מיר איז גאָר קיין צווייפעל, אַז טרומפּייטען וועלען ברומען; דאָך איך צווייפעל, אויב דורך אייזלען וועט — די הילף — משיח קומען.

דאַן פאַנגט זיך אָן אַ סעריע פעליעטאָנען פון דעם „משוגענעם פילאָזאָף".

דאָס איז דער גאַנצער נומער.

מיר האָט זיך געוואָלט אַריינגעבען לייכטערע זאַכען פון אַלגעמיינעם אינטערעם, כדי צוצוציהען דעם גרויסען ברייטען עולם. איך מיין אַזעלכע זאַכען ווי די וואָס איך האָב דעם לעצטען יאָהר געהאַט אין דער „אַרבייטער צייטונג", אונטער דעם נאָמען „דער העסטער-סטריטער רעפּאָרטער", און וועלכע האָבען ווירקליך געהאַט ערפאָלג ביי די מאַסען. מיר זיינען אָבער געווען אַזוי אָרים, אין דעם זונטאָגס-„פאָרווערטס" איז געווען אַזוי ווייניג פּלאַץ, אַז מ'האָט קוים אַריינגעשפּאַרט די סעריעזע באַלערענדע זאַכען, וועלכע האָבען מיט זיך פאַרגעשטעלט דעם עיקר פון אונזער אויפגאַבע. ס'איז בוכשטעבליך ניט געווען וואו זיך אַ קער צו טאָן. כ'האָב470אויך נעהאַט אַנדערע שטערונגען, פיל וויכטינערע, נאָר וועגען דעם אין דעם ווייטערדינגען באַנד.

מיינע „סדרות" פלעגען ערשיינען אין שבת'דיגען „פאָרווערטס" און מיינע פעליעטאָנען „פון אַ וואָרט אַ קוואָרט" מייסטענס מיטוואָך. דער טעגליכער „פאָרווערטס" האָט ביי מיר אַוועקגענומען כמעט די גאַנצע צייט. דאָך האָב איך אין דעם זונטאָגס-נומער אויך געשריבען—אָפט צו צוויי אָדער זאָגאַר דריי זאַכען אין אַ נומער. וועגען ליטעראַטור כמעט אין יעדען נומער.

אין די אַדווערטייזמענטס פון דיזען נומער געפינען מיר, אַז דאָנערשטאָג דעם 20טען מאַי וועט אין ווינדזאָר טעאַטער, אַלם בענעפיט פאַר יעקב גאָרדין'ע ן, אויפגעפיהרט ווערען „דער ווילדער קעניג". אַ פוירניטשור-סטאָר הויבט אָן אַן אַדווערטייזמענט מיט אַ בריף פון יודזשין וו. דעבם וועגען דער סאָציאַליסטישער סיסטעם, פון וועלכען דער אַדווערטייזער פּשטל'ט אויס, אַז אויב איהר דאַרפט האָבען פוירניטשור, קאַרפּעטס, אויל-קלאָטה, דאַרפט איהר דאָס קויפען ביי מ. מאַנדעל פון 83 עסטעקס סטריט. עם ווערט אַנאָנסירט רוקח'ם פּאַריזער פּאָטשולי זייף. עם ווערט אויף אַדווערטייזט י. ליפשיץ'ס יוניאָן-דרוקעריי, אַלעקסאַנדער האַרקאַווי'ס אויפרוף וועגען זיין אידיש-ענגלישען ווערטער-בוך, פּאַלעי'ס פּאָטאָגראַף-סטודיאַ, אַ קאַפע און לאָנטש-רום, עטליכע אַדוואָקאַטען און אַ דאָקטאָר, מייסעל קאָהען, פון בראָנזוויל.

אַלם אַגענט פון „פאָרווערטס" אין שיקאַגאָ ווערט אָנגעגעבען דזשייקאָב ליטקין און זיין אַדרעם: 507 סאַוט דזשעפּערסאָן סטריט.

אַלם אונזער באָסטאָנער אַגענט ווערט אַדווערטייזט דזשיי. פרידלאַנד, פון 316 הערימאָן עוועניו.

אַלם פילאַדעלפיער אגענט — א. גאָלדבערג, פון 754 סאַוטה 3טע סטריט.

צווישען די אַדווערטייזטע לאָיערס געפינען זיך: ל. ע. מיללער, מיט אַן אָפיס אין 154 הענרי סטריט, מאָרים הילקאָוויץ, מיט אַן אָפיס אין 320 בראָדוועי און נ. אלעיניקאָוו, מיט אַן אָפיס אין 87 נעסאַו סטריט.

אַן אינטערעסאַנטער אַדווערטייזמענט איז דער פאָלגענדער:471„אונטערערדישע ליטעראַטור, אַרויסגעגעבען פון די אידישע סאָציאַליסטען אין רוסלאַנד:

„דער אידישער אַרבייטער" — אָרגאַן פאַר די אינטערעסען דער אידישען אַרבייטער אין רוסלאַנד, הערויסגעגעבען פון דער „גרופּע אידישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען אין רוסלאַנד".

„צווייטער און דריטער נומער שוין ערשינען.

„פּרייז פּער קאָפּיע 10 סענט.

„דער שטאָדט מגיד", אַ פּאָפּולערע בראָשורע, פּרייז 5 סענט.

„אַ רעדע אויף פּורים", פּרייז 5 סענט.

„צו באַקומען אין אָפּים פון „צוקונפט", 132 איסט בראָדוועי."

אין דעם זעלבען נומער איז אַדווערטייזט דער נעקסטער נומער „צוקונפט", אויך עטליכע סאָציאַליסטישע בראָשורען פון אב. קאַהאַן, פייגענבוים און ווינטשעווסקי, אַלץ צו באַקומען אין אָפּים פון „צוקונפט".

אין די ווייטערדיגע זונטאָגס-נומערען זעהען מיר אָן אַדווערטייזמענט פון אַ פוירניטשור-סטאָר, אויף אַ גאַנצער זייטעל, אַן אַדווערטייזמענט פון נעה-מאַשינען און אַ פּאָר אַנדערע ביזנעס-אַדווערטייזמענטס. צווישען די קלענערע אַדווערטייזמענטס געפינען זיך די אַנאָנסען פון די דערמאָנטע לאָיערס און פון עטליכע דאָקטוירים, צווישען זיי דר. ס. און אננא איינגערמאַן און דר. הימאָוויטש.

עם געפינט זיך אַן אַדווערטייזמענט פון נ. חיימאָוויטש'עם קלאָדהינג-סטאָר, פון 113 קאַנעל סטריט, און אויך אַן אַדווערטיזמענט פון שמוקלער'ם קאַפע, אויף 276 גרענד סטריט.

דער איינקונפט פון די אַדווערטייזמענטס האָט קיין באדייטונג ניט געהאַט.

עם ווערען אויך אַדווערטייזט ראָמאַנען. זיי זיינען געגאַנגען אין פאָרטזעצונגען, וועלכע פלעגען ערשיינען אין העפטען — יעדע וואָך אַ העפט. דיזע העפט-ראָמאַנען זיינען מייסטענס472געווען שונד-מעשות. און אין יענע עטליכע יאָהר האָט מען זיי געכאַפּט ווי מצה-וואַסער.

סאַפּירשטיין, וועלכער האָט שפּעטער געגרינדעט דעם „מאָרגען-זשורנאַל", האָט אַלם פּאָבלישער פון דיזע העפטען געמאַכט אַ פיינעם געשעפט. איינינע פון דיזע העפט-ראָמאַנען האָבען אָבער געהערט צו דער בעסערער ליטעראַטור. אין דעם „פאָרווערטס" פון דעם 30טען מאַי, 1897, צום ביישפּיל, זעהען מיר אַן אַדווערטייזמענט פון צוויי אַזעלכע העפט-ראָמאַנען, פון דעם פּאָבלישער ס. קאַנטראָוויטש, פון 54 לאַדלאָו סטריט — איינער איז „דאָן קיכאָט", פון סערוואַנטעם, איבערזעצט פון אַלעקסאַנדער האַרקאַווי, און דער צווייטער איז „אננא קאַרענינא" פון טאָלסטאָי (דער ראָמאַן ווערט ערשט אַנאָנסירט אַלם אַ קומענדע זאַך און דער נאָמען פון דעם איבערזעצער ווערט ניט אָנגעגעבען).

ניט זעלטען פלעגען די איבערזעצער אָנמאַכען אַ חורבן. זיי פלעגען איבערהיפּען צעהנדליגער פּיידזשעם און דערפאַר אַריינשטעלען פילע פּיידזשעם מיט זייערע אייגענע שונד-שטאָף. אויף אַלעקסאַנדער האַרקאַווי'ס איבערזעצונג געהט דאָס, נאַטירליך, ניט. ער האָט אַלעם געמאַכט טריי און רעאיל.

כ'האָב דערמאָנט, אַז איך פלעג אָפט שרייבען וועגען ליטעראַטור. איין אַרטיקעל (אין פאָרטזעצונגען) פון דעם סאָרט איז געווען אונטער'ן נאָמען: „די נייע אַריסטאָקראַטסע".

דאָס איז געווען אַן אינטערעסאַנטער אויסצוג (מיט מיינע ערקלערונגען) פון אַ נייעם ראָמאַן „אין דער פּראָצעסיאָן", פון העגרי ב. פולער, פון שיקאַגאָ, איינער פון די נייע אַמעריקאַנער רעאַליסטען פון יענע צייטען. כ'האָב פון דאָרט איבערזעצט אַ גרויסע אינטערעסאַנטע סצענע פונ'ם לעבען פון די אויפגעקומענע אַמעריקאַנער גבירים (דער וואָרט „אלל-רייטניק" האָט נאָך דאַן ניט עקזיסטירט).

כ'האָב אויך איבערגעגעבען דעם אינהאַלט פון בעללאַמי'ס נייעם בוך „איקוואַליטי". עטליכע מאָל האָב איך געשריבען נאָטיצען אונטער'ן טיטול „די וואָך", דעם זעלבען סאָרט נאָטיצען, וועלכע איך האָב אַ געוויסע צייט געדרוקט אַלע זונטאָג אין473„אבענד-בלאַט", אין פֿאַרלויף פֿון די עטליכע מאָנאַט, וואָס עס האָט אָנגעהאַלטען דער סאָדאַ-וואַסער שלום צווישען די „לאַיאַלע" און אונזערע אָפּאָזיציאָניסטען.

אין אַ פּאָר נומערען איז געגאַנגען מײַנער אַ פּראָפּאַגאַנדע-פֿעליעטאָן, אונטער דעם נאָמען „סאָסיע און באַסיע" — אַ מעשׂה'לע וועגען צוויי אָרימע נייטערקעס. איינע האָט גע'ירשנ'ט עטליכע דאָלאַר, האָט זי געקויפֿט אַ נעה-מאַשין און די אַנדערע איז בײַ איהר אָנגעקומען אַרבייטען, און זי, די באַלע-באָסטע פֿון דער מאַשין, האָט איהר עקספּלואַטירט. ס'איז אַ משל, דורך וועלכען עס ווערט אַרויסגעבראַכט דער מאַרקסיסטישער געדאַנק וועגען דעם ווי ס'האָבען זיך אָנגעקליבען די קאַפּיטאַליסטען דורך גע'ירשנ'טע רויב, און ווי דורך דער מאַשינעריי איז דער קאַפּיטאַליסט אימשטאַנד צו באַרויבען די אַרבייטער. דיזער פֿעליעטאָן איז אונטערגעשריבען „סאָציום".

עטליכע נומערען איז געגאַנגען אַן איבערזעצונג פֿון קאַראָלענקאָ'ס ערצעהלונג „יום-כּפּור". צוערשט האָט די איבערזעצונג געמאַכט ז. קאָרנבליט. ער איז אָבער אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס", און די צווייטע העלפֿט האָב איך געמאַכט.

כ'האָב אויך פּאָפּולאַריזירט קאַרל מאַרקס'עס געדאַנקען וועגען יוניאָנס, קלאַסען-קאַמף און רעוואָלוציע, נאָך זײַן ביכעל „די עלענד פֿון פֿילאָזאָפֿיע". דיזע אַרטיקלען זײַנען אונטערגעשריבען „ד. ב." (דוד בערנשטיין).

דזשולײַ דעם 4טען געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל, אונטערגעשריבען „ליעסין". דער אַרטיקעל איז וועגען באַסקאָנין'ען, און ער פֿאַרנעמט צוויי זײַטלעך. עס באַווייזען זיך אויך געדיכטע, געשריבען פֿון ליעסין, נאָכדעם ווי ער איז שוין געקומען קיין אַמעריקא. איין ליד זײַנע הייסט „דער לאַטוטניק". אַן אַנדער געדיכט זײַנע, אונטער דעם נאָמען „יום-כּפּור אין שוהל", געהט אין צוויי פֿאָרטזעצונגען — דעם ערשטען אָגוסט און דעם אַכטען. צוזאַמען פֿאַרנעמט די געדיכט דריי און אַ האַלב קאָלומלעך.

אויף מײַן איינלאַדונג האָט באָריס באָגען, איצט באַקאַנט אַלס דר. באָגען, געשריבען אַ סעריע אַרטיקלען וועגען דעם ווי מ'האָט אַרויסגעטריבען צוואַנציג טויזענט אידען פֿון מאָסקווע.474ער אַליין איז געווען אַ מאָסקווער און האָט ביינעוואָוינט די אַלע סצענעס, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר יאָהר צוריק. מאַסען מאָסקווער אידען זײַנען דאַן געקומען קיין אַמעריקא, מיט זייער מאָסקווער רב צוזאַמען. אַלזאָ, האָב איך באָגען'ען געבעטען; ער זאָל יענע דורכלעבונגען זײַנע באַשרײַבען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס".

איבערזעצונגען פֿון רוסישע ערצעהלונגען פֿלעגט דאַן פֿון צייט צו צייט פּאָר אונז מאַכען ש. רוסיאַנאָוו, וועלכער איז עד-היום אַ טעטיגער מיטגליד פֿון דער „פֿאָרווערטס-אַסאָסיאיישאָן".

לעאָן קאָברין'ס נאָמען הויבט זיך אָן צו באַווייזען אין „פֿאָרווערטס" דעם אַכטען אָגוסט.

פֿון יעקב גאָרדין'ס סקיצען געפֿין איך אין יענע נומערען זונטאָגס-„פֿאָרווערטס" אַ סקיצע מיט'ן נאָמען „דער אונבאַאמערקמער טרער", אַ פֿאַנטאַזיע מיט'ן נאָמען „דער נײַער מענש", „דער ערשטער אָנשטויס" (אַ סקיצע וועלכע ער רופֿט „עטיוד"), אַ סקיצע מיט'ן נאָמען „פֿאָרשטערט" און „דאָס גליק, אַן אַלטע און עוויג-נײַע פֿאַנטאַסטישע געשיכטע" און אַנדערע סקיצען זײַנע.

פֿון ז. לעווין'ס פֿעדער געפֿין איך אין יענע נומערען זונטאָגס-„פֿאָרווערטס" אַ פֿעליעטאָן אונטער'ן נאָמען „צו מײַן פֿריינד" (מיט „פֿריינד" מיינט ער זײַן סיגאַרעט). אַ פּאָר פֿון זײַנע ערצעהלונגען זײַנען ערשינען אין די שבת-נומערען. איין ערצעהלונג זײַנע וועגען אַ פֿרומער פֿאַמיליע, וואו די טאָכטער דאַרף געהן שבת צו דער אַרבייט און די מוטער וועקט איהר אויף, כּלומר'שט גאָר ניט-ווילענדיג, האָט געמאַכט אַ רושם.

אַ פּאָר אַרטיקלען אָדער נאָטיצען האָבען אַ שייכות צו אונזער קרימיק וועגען דעליאָן'ס פּאָליסי. צום ביישפּיל: אין די נאָטיצען אין דעם נומער פֿון 13טען דזשון ווערט איבערגעגעבען ווי קאַרל קאַוטסקי שרײַבט וועגען דעליאָן'ס מעטאָדען; ווי ער קריטיקירט שאַרף דעליאָן'ס זידלערייען און זײַן געוואוינהייט זיך צוצוטשעפּען צו ווערטער.

פֿון ל. מילער'ן געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל אין עטליכע פֿאָרטזעצונגען, אונטער'ן נאָמען „סאָציאַליזם און אוטאָפּיע". דיזער475אַרטיקעל גיט איבער דעם אינהאַלט פֿון דעם באַריהמטען אָפֿענעם בריף, וועלכען יודזשין וו. דעבס האָט געשריבען צו די אַרבייטער פֿון דער אייזענבאַן-יוניאָן. דעבס האָט זיי פֿאָרגעשלאָגען אַ פּלאַן ווי צו שאַפֿען אַ סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט אין אַמעריקא אויפֿ'ן שטעל — גרינדען אַ סאָציאַליסטישע קאָלאָניע. מילער רעדט וועגען דעבס'ן מיט פֿיל רעספּעקט, אָבער ער ווײַזט אויף ווי טרוימעריש דער פּלאַן איז.

איך האָב געמוזט אַרבייטען שווער, וואָרים די צאָל מיטאַרבייטער, וואָס די רעדאַקציע האָט געקענט אָנשטעלען, איז געווען צו קליין. אָבער וועגען דעם האָט מען ניט געקלערט. יעדער פֿון אונז איז בערייט געווען צו אַרבייטען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" טאָג און נאַכט.

איך האָב באַקומען איינלאַדונגען פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַלען זיי צוצושיקען ערצעהלונגען, סקיצען, אַרטיקלען. איך האָב אָבער אויף דעם קיין צייט ניט געהאַט. מײַן נאָמען איז באַקאַנט געוואָרען אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַרישער וועלט, און מײַנע אינטערעסען האָבען געפֿאָדערט אַז איך זאָל וואָס אָפֿטער זיך באַווייזען אין די זשורנאַלען און אַרויסברענגען אַ נײַעם ראָמאַן. דער ליטעראַרישער דירעקטאָר פֿון די אַפּעלטאָנס פֿלעגט צו מיר אָפֿט טענה'ן, אַז איך דאַרף „מאַכען היי כּל זמן די זון שיינט" (‏„שמידען דעם אייזען בשעת ער איז הייס"). איך האָב דאָס אָבער ניט געטאָן. איך האָב דעם „פֿאָרווערטס" און די „פֿאָרווערטס" מיטינגען אָפּגעגעבען מײַן גאַנצע צייט און ענערגיע. מײַן אַרבייט אין דער ענגלישער ליטעראַטור האָב איך אָפּגעלייגט אויף שפּעטער, ווען דער ערפֿאָלג פֿון „פֿאָרווערטס" וועט שוין זײַן פֿאַרזיכערט.

3

[טאָפּיק] מיינונגס-פֿאַרשידענהייטען וועגען דער טאַקטיק פֿון „פֿאָרווערטס". — דעבאַטען. — אַ סצענע אין אַ באַסטאָנער טעאַטער. — „פֿרייע פּרעסע". — דער שניידער סטרײַק.

אין מײַן רעדאַקציאָנס-אַרבייט איז אָבער ניט אַלץ געגאַנגען גלאַט. איך האָב באַנעגענט שטערונגען, און אָפֿט פֿלעגען זיי476מיך אַרײַנברענגען אין פֿאַרצווייפֿלונג. דיזע שטימונג פֿלעגט אָבער איבערגעהן, און איך פֿלעג ווידער אַרבייטען מיט חשק. אַזוי איז געווען די ערשטע דריי-פֿיר וואָכען. די לאַגע אין דיזער הינזיכט איז אָבער געוואָרען אַלץ ערגער און ערגער.

אין וואָס זײַנען באַשטאַנען די שטערונגען?

איך האָב געהאַט אַ באַשטימטען באַגריף ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס" דאַרף זיך פֿיהרען, אָבער ניט אַלע מיטגלידער פֿון דעם פּרעסס-פֿאַרבאַנד זײַנען מיט מיר געווען איינפֿאַרשטאַנען. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אונזער האַלטונג צו דער „אַרבייטער צייטונג פּאָבלישינג אַססאָסיאיישאָן" און איהר „אבענד-בלאַט" (*. איך בין געווען איבערצייגט, אַז דאָס בעסטע איז זיי ווי ווייט מעגליך צו איגנאָרירען; אויף זייערע אַטאַקעס צו ענטפֿערען וואָס ווייניגער און אָפּגעבען אונזער גאַנצע קראַפֿט אויף אויפֿבויען אונזער צייטונג. מ. ווינטשעווסקי, וו. ליעף און אַנדערע גענאָסען האָבען געהאַט אַ פֿאַרקערטע מיינונג: זיי האָבען געגלויבט, אַז מען דאַרף זיי גראָד „געבען אַ גאָב". אויף די מיטינגען פֿון אונזער פּרעסס-פֿאַרבאַנד זײַנען געהאַלטען געוואָרען פֿילע רעדעס וועגען דער פֿראַגע און אַ היבשע צאָל פֿון די גענאָסען האָבען אונטערשטיצט ווינטשעווסקי'ס מיינונג.

זיי פֿלעגען טענה'ן: מיט אַזוי פֿיל מיה האָבען מיר דערגרייכט אונזער צוועק, דערלעבט צו האָבען אַ „פֿאָרווערטס", וואו מען קען אַטאַקירען דעם דעליאָניזם און די „סליקע", קומט דער רעדאַקטאָר און זאָגט, אַז גראָד דאָס וויל ער ניט האָבען.

איך פֿלעג ענטפֿערען: יאָ, ענדליך האָבען מיר אונזער אייגענעם אָרגאַן; דעריבער קענען מיר אָפֿאָרדען זיי צו איגנאָרירען. מיר קענען פֿאַר די מאַסען ערקלערען, אַז מיר זײַנען געגען צאַנקערייען, שמוץ-וואָרפֿעניש און יוניאָן-ברעכעריי; און געבען אַ מוסטער פֿון אַזאַ האַלטונג: אויסמיידען שימפֿעריי און אַרבייטען טריי פֿאַר די יוניאָנס. ניט אויף זידלעריי האָבען מיר דעם „פֿאָרווערטס" געשאַפֿען, נאָר אום צו האָבען אַ477סאָציאַליסטישע צייטונג, וואָס זאָל ווערען קאָנטראָלירט פֿון דער באַוועגונג און ניט פֿון אַ קליקע, און וואָס זאָל יוניאָנס אויפֿבויען, ניט זיי צושטערען.

איינער פֿון מײַנע הויפּט אַרגומענטע' איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:

די אורזאַכען, פֿאַרוואָס מיר האָבען זיך אָפּגעטיילט, האָבען מיר שוין דעם עולם גענוג ערקלערט; און אויב פֿון צייט צו צייט וועט זיך דאָס ווידער פֿאָדערען, וועלען מיר דאָס ווידער טאָן, אָבער געלאַסען, מיט ווירדע, אָהן שימפֿעריי. לאָמיר אַרויסגעבען אַ גוטע פּאָפּולערע צייטונג, אַן אינהאַלטס-רייכע, אַן אינטערעסאַנטע; עס זאָל זײַן וואָס צו לעזען און מען זאָל וועלען לעזען. דאָס, און ניט אַטאַקעס און שימפֿערייען, איז דער וועג צו ערפֿאָלג. דער עולם האָט טאַקע ליב אַ פּאַיט; ווען צוויי שלאָגען זיך, שטעלען זיך פֿאַרבייגעהער אָפּ קוקען. אָבער קיין סאָלידער פֿונדאַמענט פֿון פּאָפּולאַריטעט איז דאָס ניט. פּאַיטס ווערען מיאוס. קיין רעספּעקט פֿאַרשאַפֿען זיי אַ צייטונג ניט. גיפֿט-גיסערײַ און שמוץ-וואָרפֿערײַ זײַנען דעליאָן'ס מעטאָדען, און ער וועט זיך לאַנג ניט האַלטען. די וואָס בענקען נאָך שאַרפֿע אַטאַקעס און אָפֿטע אַטאַקעס, זײַנען אין האַרצען דעליאָניסטען, און דער „פֿאָרווערטס" איז געגרינדעט געוואָרען אַלס אַ געוועהר געגען דעם דעליאָניזם.

אויב מיר וועלען האָבען אַ בעסערע צייטונג ווי דער „אבענד-בלאַט", וועלען מיר געווינען, אויב ניט — ניט. פֿאַר צוויי סאָציאַליסטישע צייטונגען איז קיין פּלאַץ ניטאָ. אויב מיר וועלען האָבען ערפֿאָלג, וועט דער „אבענד-בלאַט" ממילא פֿאַרשווינדען.

דיזען שטאַנדפּונקט פֿלעג איך ערקלעהרען אויף יעדען מיטינג. איך פֿלעג פֿרואוון באַווייזען די מאַכט פֿון שווייגען, פֿון ניט ענטפֿערען. אָבער די, וואָס זײַנען געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט ווינטשעווסקי'ן, האָבען זיך ווייניג אינטערעסירט מיט אַזעלכע אַרגומענטען.

אַלס אַ צווייטען אַרגומענט געגען ווינטשעווסקי'ס און ליעף'ס פֿאָדערונג פֿלעג איך ערקלערען, אַז דער ברייטער עולם478פֿאַרשטעהט די „אבענד-בלאַט" אַטאַקעס סײַ-ווי-סײַ ניט. און אַז אונזערע געגען-אַטאַקעס וועט ער אויך ניט פֿאַרשטעהן. אונזער סאָציאַליסטישע וועלטעל איז אַ קליינינקע — פֿלעג איך זאָגען — דעריבער קענען די אורזאַכען פֿון אונזער פּאַרטיי-צאַנקערײַ אינטערעסירען נאָר אַ קליינע צאָל מענשען. די גרויסע אידישע מאַסען ווייסען אפֿילו ניט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ דעליאָן אויף דער וועלט. מיט אונזערע זידלערייען געגען איהם און געגען דער „קליקע" וועלען מיר אַלזאָ ניט ערוועקען אינטערעסען וואָס אַ סטריט-פֿאַיט רופֿט אַרויס. מיר וועלען פֿאַרנעמען פּלאַץ מיט אונפֿאַרשטענדליכע לעזע-שטאָף, און פֿאַרשטענדליכע לעזע-שטאָף טרײַבט אָפּ לעזער (בײַ מיר איז דיזער פּונקט געווען איינער פֿון די וויכטיגסטע. אָבער איהם האָבען די גענאָסען באַנומען אַמווייניגסטענס. אין דעם ליגט אייגענטליך איינע פֿון די הויפּט פֿראַגען ווי אַזוי מען דאַרף אַרויסגעבען אַ אידישע צייטונג. פֿילע שרײַבען אויף אַזאַ שטייגער, אַז נאָר אַ קליינע צאָל לעזער קענען זיי פֿאַרשטעהן. זיי שרײַבען פֿאַר אַ קלייזעל, און מעהר ווי דיזע קלייזעל אינטערעסירט זיי ניט).

איך וועל דאָ ברענגען אַ סצענע, וועלכע וועט דעם לעזער ווייזען ווי ווייט מײַנע באַגריפֿען זײַנען געווען פֿאַרשידען פֿון די באַגריפֿען וואָס ווינטשעווסקי און זײַנע אָנהענגער האָבען געהאַט. די סצענע איז פֿאָרגעקומען מיט אַ געוויסער צייט פֿריהער, אויף אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג מיט רעדעס, סטערעאָפּטישע בילדער און אַ קאָנצערט אין אַ קאַלאָמביא טעאַטער אין באַסטאָן, אויף וואַשינגטאָן סטריט, קאָרנער קעסעל סטריט. אין דעם קאָנצערט האָט זיך באַטייליגט מאַדאַם קאַליש, וועלכע איז נאָך דאַן אויף דער ענגלישער ביהנע ניט געווען. די סטערעאָפּטישע בילדער זײַנען געווען פֿאַרבונדען מיט מײַנער אַ לעקטשור, און מאָרדים ווינטשעווסקי איז געווען איינער פֿון די רעדנער. דער טשערמאַן איז געווען היימאַן קינג. אין אַ געוויסען מאָמענט האָב איך זיך געפֿונען אויף דער העכסטער גאַלעריע פֿון דעם טעאַטער. איך האָב דאָרטען געדאַרפֿט צורעכט מאַכען די בילדער, וואָרים דאָרטען איז געשטאַנען דער סטערעאָפּטיקאָן,479און איך האָב דעם אָפּערייטאָר געדאַרפֿט איבערגעבען די געזעלעך, אַז ער זאָל זיי אַרײַנשטעלען אין דער ריכטיגער אָרדנונג. איך בין געזעסען און סאָרטירט די געזעלעך, ווען איך האָב דערהערט אַ ליאַרם. איך קוק אַרונטער: איך זעה ווינטשעווסקי פֿרובט ריידען און דער עולם לאָזט איהם ניט. איך הער זיך צו: ער רעדט וועגען דעליאָנ'ען און ער דערמאָנט אַלעקסאַנדער יאָנאַס'ן. דער עולם וויל אָבער ניט הערען. עס איז אַ הוזשערײַ, אַ געלעכטער, אַ טומעל.

דער טעאַטער איז געווען פֿול מיט מענשען, וועלכע זײַנען געווען אַבסאָלוט אונבאַקאַנט מיט אונזער פּאַרטיי-קאַמף. זיי האָבען ניט געוואוסט ווער דעליאָן און יאָנאַס זײַנען. און, ווען ווינטשעווסקי האָט גערעדט, האָבען זײַנע צוהערער ניט געקענט פֿאַרשטעהן וועגען וואָס עס האַנדעלט זיך. זיי זײַנען געוואָרען אונגעדולדיג. פֿון דעם האָט זיך דאָס אָנגעפֿאַנגען די אונאָרדנונג. מען האָט ווינטשעווסקי'ן ניט געלאָזען ריידען. דערנאָך, ווען עס איז געהאַלטען געוואָרען אַ רעדע, וועלכע דער עולם האָט יאָ פֿאַרשטאַנען און וועלכע האָט איהם אינטערעסירט, האָט די אונאָרדנונג אויפֿגעהערט. און די אונטערנעהמונג איז געווען אַן ערפֿאָלג אין יעדער הינזיכט.

ווינטשעווסקי און זײַנע אָנהענגער אין באַצוג צו דער דערמאָנטער פֿראַגע האָבען געפֿאָדערט, אַז איך זאָל ווייניגסטענס לאָזען אַנדערע שרײַבען אַטאַקע-אַרטיקלען געגען די „אבענד-בלאַטיסטען". איך האָב דאָס אָבער ערלויבט נאָר אין דער אָפּטיילונג „די פֿאָלקס-טריבונע", אַלס בריף צו דער רעדאַקציע, אָבער ניט אין די לייט-אַרטיקלען.

פֿילע גענאָסען זײַנען געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט מיר, אָבער ניט אַלע. די אונצופֿרידענע האָבען געזאָגט, אַז איך בין „קאַפּריזנע", אַז איך וויל הערשען ווי אַ קיסר — די זעלבע טענה, וואָס מען האָט געגען מיר געהערט פֿון דער „קליקע". אין אמת'ן האָט דאָס אָבער געהייסען, אַז איך האָב אַ פֿעסטע איבערצייגונג וועגען דער טאַקטיק וואָס דער „פֿאָרווערטס" דאַרף פּראַקטיצירען. איך האָב ניט נאָכגעגעבען.480ניט וועגן אַ הוילע מיינונגס-פֿאַרשידענהייט האָט זיך געהאַנדעלט צווישען ווינטשעווסקי'ן און מיר. עס איז געווען נאָך עפּעס. אויסערליך זיינען מיר געווען אין גוטע באַציהונגען, אָבער ניט אין האַרצען. אין קיין פֿערזענליכע איינצעלהייטען וועל איך זיך דאָ ניט אריינלאָזען. איך וועל זיך באַשרענקען אויף די פֿאָלגענדע באַמערקונגען:

ווינטשעווסקי'ס אַרגומענטען האָב איך (און ניט נאָר איך) איבערהויפֿט ערנסט ניט גענומען.

ער האָט, צום ביישפּיל, געמאַכט אַ גאַנצען וועזען פֿון דעם פּרינציפּ „פֿרייע פּרעסע". דאָס האָט ביי איהם געהיימען, אַז יעדער זאָל אין „פֿאָרווערטס" זיין פֿריי אויסצודריקען זיינע מיינונגען. דיזער פּרינציפּ איז ביי איהם געווען טייערער פֿון אַלץ, פֿלעגט ער זאָגען. איך, ווידער, האָב געגלויבט, אַז דאָס זיינען שעהן-קלינגענדיגע ווערטער, וועלכע האָבען ניט קיין פּראַקטישע ממשות. איך פֿלעג ערקלעהרען דאָס, וואָס איך פֿלעג ערקלעהרען די אַנארכיסטען פֿאַר דער גרינדונג פֿון דער „אַרבייטער צייטונג": מיט „פֿרייע פּרעסע" מיינט מען, אַז יעדער מענש, גרופּע אָדער פּאַרטי זאָל האָבען דאָס רעכט אַרויסצוגעבען אַ צייטונג לויט זיינע איבערצייגונגען. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז יעדע צייטונג מוז זיין פֿריי פֿאַר יעדען צו שרייבען אין איהר ווי ער וויל און וועגען וואָס ער וויל. מען מאַכט אין אַ צייטונג אַביסעל פּלאַץ פֿאַר בריף צו דער רעדאַקציע, וועלכע ווערען געדרוקט אין „שטימען פֿון פֿאָלק" אָדער אין אַ „פֿאָלקס-טריבונע". דאָס איז אַלץ. ווייטער אָבער איז זי אָפּגעגעבען צו פּרעדיגען די אידעען און דורכצופֿיהרען די פּאָליסי פֿון איהר פּאַרטי, און פֿון קיין אנדערע. אויב אַ געגנער וויל האָבען פּלאַץ פֿאַר זיינע אידעען און מיט אַ „שטימע פֿון פֿאָלק" קען ער זיך ניט צופֿרידענשטעלען, איז ער פֿריי צו גרינדען אַן אייגענע צייטונג. אָט דאָס מיינט מען מיט „פֿרייע פּרעסע" אויף דער גאַנצער ציוויליזירטער וועלט, די סאָציאַליסטישע וועלט אריינגערעכענט. יעדע סאָציאַליסטישע צייטונג דינט נאָר איהרע אידעען, נאָר איהר ריכטונג, נאָר איהר פּאַרטי. אויב יעדע פּאַרטי איז פֿריי צו האָבען אַזאַ צייטונג, הייסט עס „פֿרייע פּרעסע".481און ווען ווינטשעווסקי איז ארויסגעקומען מיט זיינע אַטאַקעס אין „אמת", האָבען פֿילע געגאַסען זיך געפֿרעגט: וואָס וויל ער? וואָס טשעפּעט ער זיך? וואָס האָט ער דאָ אין זינען? אַזוי האָבען גערעדט ניט נאָר „לויאַלע", נאָר פֿילע פֿון אונזערע אויך. אַן ענגליכען געפֿיהל האָט אַרויסגערופֿען זיין איצטיגע אַגיטאַציע פֿאַר דעם „פֿרייע פּרעסע פּרינציפּ" אין „פֿאָרווערטס".

לואי מיללער האָט זיך אין דיזע דעבאַטען כמעט ניט באַטייליגט. מען האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלען, אַז אין דער פֿראַגע וועגען אַטאַקירען דעם „אבענד-בלאַט" איז ער ביי זיך אין האַרצען איינפֿאַרשטאַנען מיט ווינטשעווסקי'ן: וואָרים פֿון דער נאַטור האָט מיללער ליב געהאַט אָנצוגרייפֿען אַ געגנער מיט די שאַרפֿסטע ווערטער, צו מאַכען אויף איהם די גוואַלדיגסטע באַשולדיגונגען. אין דיזען פֿאַל אָבער האָט ער זיך אויף אונזערע מיטינגען ווייניג אויסגעשפּראָכען. מען האָט דאָס ערקלעהרט מיט זיין באַציהונג צו מיר. מיר זיינען געווען נאָהענטע פֿריינד און ער האָט מיר ניט געוואָלט שטערען.

אָבער ווינטשעווסקי און ליעף האָבען ניט אויפֿגעהערט, און זיי האָבען געהאַט אָנהענגער.

דער אמת איז, אַז קיין איינינקייט איז צווישען די „פֿאָרווערטסיסטען" דאַן ניט געווען. אין די ערשטע דריי און אַ האַלב יאָהר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" האָט אין דער „פּאַבלישינג אַססאָסיאיישאָן" עקזיסטירט אַ וואָרימע פֿריינדשאַפֿט צווישען די געגאַסען. מיר האָבען אַלע געהאַט דיזעלבע מיינונגען און אונזער באַגייסטערונג פֿאַר דער זאַך האָט זיך אַרויסגעוויזען אין אונזערע געפֿיהלען איינער צום אנדערען. אין דעם „פֿאָרווערטס פּרעסס-פֿאַרבאַנד" האָט אַזאַ גייסט אויך עקזיסטירט, אָבער נאָר אין דעם „רענק ענד פֿאַיל". וועגען די פֿיהרער האָט מען דאָס ניט געקענט זאָגען.

די אָפּפֿערוויליגקייט פֿון די אַרבייטער און אַרבייטערינען צווישען די מעמבערס איז געווען גרויס; זיי האָבען צוועקגעגעבען482זייערע לעצטע סענטען פֿאַר דער צייטונג. אָבער צווישען די אָנגעזעהענע, איינפֿלוסרייכע מיטגלידער איז קיין איינינקייט ניט געווען.

דער סכסוך וועגען דער טאַקטיק פֿון „פֿאָרווערטס" אין באַצוג צו דעליאַנ'ען, דעם „אבענד-בלאַט" און די „לויאַלע" איז ניט געווען נאָר אַ טעאָרעטישער; דאָס איז געווען אַ פּראַקטישע פֿראַגע, וועלכע האָט אָנגעריהרט דעם סאַמע פֿונדאַמענט פֿון מיין רעדאַקציאָנעלע אַרבייט. און דיזער פּראַקטישער ענין איז געווען דורכגעוועבט מיט פֿערזענליכע פֿעדים. מיט יעדען טאָג איז מיר דייטליכער געוואָרען, אַז אַלס רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" וועל איך מיין פּליכט ניט קענען ערפֿילען. ווען די צייטונג איז אַלט געווען אַ מאָנאַט, איז דער אמת מיר שוין געוואָרען צולאַסט. עס האָט מיך געצוויגען צו רעזיגנירען. רעזיגנירען איז אָבער געווען אונמעגליך. עס וואָלט געווען אַ הילף פֿאַר אונזערע געגנער. איך האָב אין דער צייטונג אַלזאַ געאַרבייט, אָבער געגען מיין ווילען. איך האָב געוואָרט אויף אַ גינסטיגער צייט, ווען איך וועל קענען אַוועקגעהן.

איך האָב אויבען געזאָגט, אַז אַרבייטענדיג אין מיין שמאָלינקען רעדאַקציאַנס-צימערעל פֿלעג איך פֿיהלען דעם ריח פֿון פֿרישע ברעטער. די ערשטע פּאָר וואָכען איז דאָס פֿאַר מיר געווען אַן אנגענעמער ריח. דערנאָך אָבער איז ער צוזאַמענגעמישט געוואָרען מיט דעם טעם פֿון אַ שווערען געמיט.

עס האָט אויסגעבראָכען אַ גרויסער סטרייק פֿון די מענער שניידער (בראָדערהוד אָוו טיילאָרס). איך בין געווען דער ערשטער זיי צו אָרגאניזירען (אין יאָהר 1884) און זינט דאַן פֿלעגען זיי זיך צו מיר ווענדען ווי צו אַן אייגענעם מענשען. אַ חוץ דעם: זייער יוניאָן איז געווען איינע פֿון די, וואָס האָבען געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס", און ער איז איצט געווען זייער קאַמף-אָרגאַן. אַוועקגעהן פֿון זיי אין מיטען פֿון זייער איצטיגען סטרייק איז פֿאַר מיר דעריבער געווען אונמעגליך.

4

483[טאָפּיק] דעליאָן וויל אויסשליסען ניין „פֿאָרווערטסיסטען" פֿון דער פּאַרטי. — ער פֿאַלט דורך און אונטער דעם נאָמען „רעאָרגאַניזאַציאָן", שליסט ער אויס דריי הונדערט.

די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטי איז ביי אונז געווען דאָס וואָס ביי אַ רעליגיעזען מענשען איז זיין רעליגיע. „ווען מען איז אין כעס אויפֿ'ן חזן, דאַרף מען דען קיין אמן ניט זאָגען?" מען קען פֿיינט האָבען ניט נאָר דעם חזן, נאָר אַפֿילו דעם רב פֿון שטעדטעל, הייסט דאָס נאָך אַלץ ניט, אַז מען איז אויס איד. אויף אַזאַ שטייגער האָבען מיר זיך געפֿיהלט אין בעצוג צו דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי. מיר זיינען געווען ערבייטערט געגען דעליאָנ'ען מיט זיין יוניאָן-ברעכערישען „טרייד ענד לייבאָר עללייענס", מיט זיין „מאַשין". מיט זיינע אינטריגעס; אָבער די פּאַרטי איז געווען אונזער פּאַרטי. מיר האָבען זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלען אָהן איהר, פּונקט ווי אַ פֿרומער איד קען זיך ניט פֿאָרשטעלען אָהן אַ שול.

אַזאַ געפֿיהל האָבען געהאַט אַלע אידישע סאָציאַליסטען און אַפֿילו מענשען, וואָס האָבען נאָר פֿון ווייטען סימפּאַטיזירט מיט דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. ווען די פֿיהרער פֿון „פֿאָרווערטס" וואָלטען געבליבען אָפּגעשניטען פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי, וואָלט דער „פֿאָרווערטס" באטראַכט געוואָרען ווי אַ קהלה אָהן אַ שוהל. אַזוי איז דאַן געווען דער אַלגעמיינער באַגריף.

עס איז געווען צו ערוואַרטען, אַז פֿריהער אָדער שפּעטער וועט דעליאָן אָנהויבען צו פּלאַנעווען אונז איינגאַנצן פֿון דער פּאַרטי אויסצושליסען. און אַזוי איז טאַקע געווען. ער האָט ניין פֿון אונז, די טעטיגסטע „פֿאָרווערטיסטען" און פֿיהרער פֿון דער אָפּאָזיציאָן, אָנגעקלאָגט אין „פֿעראַט". אַ קאָמיטע, וואָס איז אַפֿיינטעד געוואָרען אויסצוהערען די קלאַגע (גריוועאַנס קאָמיטע) האָט אונז געפֿונען „שולדיג" און אריינגעבראַכט אַ רעקאָמענדיישאָן, אַז מיר זאָלען אויסגעשלאָסען484ווערען פֿון דער פּאַרטי. אָבער וועגען דער רעקאָמענדיישאָן האָבען באַדאַרפֿט שטימען די מיטגלידער פֿון גאַנץ גרייטער ניו יאָרק. אַזוי האָט געפֿאָדערט די קאָנסטיטוציע פֿון דער פּאַרטי. דעליאָן וואָלט דער גריוועענס קאָמיטע געקענט הייסען אונז אויסשליסען אָהן צערעמאָניעס און מיט עפּעס אַ פּשט'ל ערקלערען אַז דאָס איז כשר. אָבער אַזוי ווייט געהן האָט ער נאָך אין יענעם מאָמענט ניט געוואַאגט. צו אַזאַ שטייגער איז ער דערגאַנגען אין אַ קורצער צייט אַרום; אָבער אין דער צייט, וועגען וועלכער מיר ריידען דאָ — נאָך ניט.

ווען מען האָט די רעקאָמענדיישאָן איבערגעגעבען צו אַלע פּאַרטי-סעקציאָנען פֿון גרייטער ניו יאָרק אויף אַ רעפֿערענדום, האָבען זיי איהר נידערגעשטימט.

מאַקס פֿיין, וועלכער איז געווען איינער פֿון די ניין, דערצעהלט וועגען דעם פֿאַרהער ביי דער „גריוועענס קאָמיטע" דאָס פֿאָלגענדע:

„דער גאַנצער טרייעל איז געווען אַ לעכערליכער. מען האָט אונז פֿון יוצא וועגען איינגעלאַדען און מיט דער פֿאָרמאַליטעט פֿון אַ רוסישען געריכט האָט מען דעם ערשטען גענומען אויפֿ'ן קרייץ-פֿאַרהער קאָהאָנ'ען.

„ — ווי רופֿט מען אייך — האָט געפֿרעגט וואַלדינגער, דער טשערמאַן, אַן אַלטער אַמעריקאַנער דייטש, דעליאָנ'ס אַן אונטערשטופֿער.

„דאָס האָט אונז אַלעמען ארויסגעבראַכט פֿון געדולד, און אב. קאָהאָן האָט איהם געענטפֿערט, אַז דאָס איז ניט זיין ביזנעס.

„איך ברענג דאָ דיזען פֿאַקט, כדי צו כאַראַקטעריזירען ווי אַזוי מען האָט אונז, די אָנגעקלאָגטע, באַהאַנדעלט. מען האָט געפֿרעגט אב. קאָהאָנ'ען ווי ער הייסט! קאָהאָן איז דאַן געווען זעהר פּאָפּולער צווישען די ניט-אידישע געגאַסען, ווייל ער איז געווען איינער פֿון די בעסטע ענגלישע רעדנער צווישען די ווייניגע וואָס די פּאַרטי האָט פֿאַרמאָגט".

צו דעם וויל איך צולייגען, אַז ביז אַ קורצער צייט פֿריהער485איז וואַלדינגער געווען איינער פֿון מיינע ווערימסטע אָנהענגער אין דער אַמעריקאַנער באַוועגונג; און ווי דער לעזער געדענקסט, איז ער מיט מיר און לוסיען סעניעל'ען געפֿאָהרען אויף דער פּיטסבורגער קאָנפֿערענץ אין 1892. מיר פֿלעגען אָפֿט זיין צוזאַמען אויף אנדערע קאָנפֿערענצען אָדער מיטינגען. אַלס מיטגליד פֿון דער „גריוועענס קאָמיטע" אָבער האָט ער גערעדט מיט אַ קאַלטען אָפֿיציעלען טאָן, אַזוי ווי ער קען מיך גאָר ניט. די גאַנצע צערעמאָניע איז געווען אי לעכערליך, אי סקאַנדאַליעז.

ווען דעליאָן האָט געהאַט זיין נידערלאַגע ביי דעם רעפֿערענדום, האָט ער זיך גענומען צו אַ „טריק".

די פֿאָלגענדע שורות זיינען ווידער פֿון פֿיין'ס עראינערונגען:

„ער האָט געאָרדערט אַ ספּעשעל מיטינג פֿון אַלע פּאַרטיי-מעמבערס אויף דעם 26טען דזשולייי, ווען אַלע „פֿאָרווערטסיסטען", מיטגלידער פֿון דער פּאַרטי, זיינען געווען אויפֿ'ן ערשטען עקסקוירשאָן פֿון „פֿאָרווערטס", און קיינער האָט ניט געקענט קומען צום מיטינג. דאָרטען האָט ער געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג, אַז מען זאָל אויסשליסען אַלע דיסטריקטען פֿון דאון-טאון (דאָס הייסט פֿון דעם אידישען געגענד) און אנדערע, וואו די אָפּאָזיציע האָט געהאַט די מאַיאָריטעט. זיינען מיר געבליבען אָהן אַ פּאַרטי. דאָס איז געווען אַ געפֿעהרליכער מאַראַלישער קלאַפּ פֿאַר אונז. די סאָציאַליסטישע אַרבייטער פּאַרטי איז געווען אַזעלכעס, וואָס מיר האָבען כמעט אַלע פֿאַרהייליגט. זי איז געווען די טרעגערין פֿון דעם סאָציאַליסטישען געדאַנק אין אַמעריקא. יעצט האָט מען אונז פֿון דאָרטען ארויסגעוואָרפֿען. אמת, די טאַקטיק פֿון דער פּאַרטי איז געווען אַ פֿארניכטענדע; ריכטיג איז אַז זי האָט פֿון זיך פֿארטריבען די אַמעריקאַנער אַרבייטער, און איהרע פֿיהרער זיינען געווען טיראַנען. זי איז אָבער דאָך געווען די איינציגע אַרבייטער פּאַרטי. מיר האָבען געפֿיהלט אַזוי ווי מען האָט אונז פֿאַראורטיילט צו אַ מאָראלישער תליה"...

צו פֿיין'ס ערצעהלונג וויל איך דאָ צוגעבען די פֿאָלגענדע486איינצעלהייט: אָפֿיציעל האָט מען אונז ניט אויסגעשלאָסען. דער דזשאַב איז „געמאַכט" געוואָרען מיט נאָך אַ „טריק". ווען דעליאָן וואָלט פֿאָרגעשלאָגען אַז מען זאָל אונז אויסשליסען, וואָלט ער געהאַט די זעלבע נידערלאַגע ווי ביי דעם רעפֿערענדום. ער האָט דאָס אָבער גאָר ניט געפֿאָדערט. ער האָט כלומרשט געמאַכט אַ גאַנץ אנדער פֿאָרשלאַג, נעמליך, אַז מען זאָל „רעאָרגאַניזירען" די דיסטריקטען, וועלכע זיינען ניט „לויאַל". דאָס הייסט, אַז ער מיינט כלומרשט צו כשר'ן זיי, מאַכען זייערע מעמבערס פֿאַר בעסערע סאָציאַליסטען. ער האָט ערקלערט געוויסע איינצעלהייטען פֿון זיין פּלאַן, און פֿאַר פֿילע נאַאיווע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטי האָט דער פֿאָרשלאַג געקלונגען גאַנץ אונשולדיג. אַלזאַ, האָבען זיי איהם אָנגענומען. דאָס איבעריגע האָט שוין דעליאָן געטאָן אַליין.

אונטער דעם אונשולדיגען נאָמען „רעאָרגאַניזירען", האָט מען געטאָן אַזוי: ווען אַן אָפּאָזיציאָניסט איז געקומען צו אַ מיטינג פֿון זיין ברענטש פֿון דער פּאַרטי, האָט מען ביי איהם צוגענומען זיין מיטגליד-קאַרד און מען האָט איהם קיין נייע ניט געגעבען. דער סעקרעטער פֿון יעדען ברענטש איז געזעסען ביי אַ טישעל ניט אינווייניג אין דעם מיטינג זאַל, נאָר פֿון דרויסען, ביים טיר. ווען דער אָפּאָזיציאָניסט איז צוגעקומען, האָט מען ביי איהם געפֿאָדערט זיין מיטגליד-קאַרד. ער האָט געמיינט, אַז מען וועט איהם געבען אַ נייע. אָבער קיין נייע האָט ער ניט באַקומען. אָפֿיציעל האָט מען איהם גאָרניט אויסגעשלאָסען. מען האָט איהם אַרויסגעטריבען „ניט אָפֿיציעל".

אָט דאָס האָט געהייסען „רעאָרגאַניזירען" דעם ברענטש. אויף שפּאַס פֿלעגען מיר זיך רופֿען „די רעאָרגאַניזירטע". און דער וואָרט איז אַזוי אריין אין געברויך, אַז אָנשטאָט צו זאָגען „מען דאַרף איהם אַרויסטרייבען", צום ביישפּיל, פֿלעגט מען ביי אונז זאָגען: מען דאַרף איהם „רעאָרגאַניזירען".

עס איז געגאַנגען ווי געשמירט. מען האָט אויסגעשלאָסען ניט בלויז יענע ניין, נאָר אַלע אָפּאָזיציאָניסטען, — יעדען וואָס איז געווען אַ מיטגליעד פֿון אַ פּרעסס-קלוב אָדער סתם אַ פֿריינד פֿון „פֿאָרווערטס". אַזוי ווי דער פּאַרמי רעפֿערענדום487האָט דעליאָנ'ען ניט ערלויבט אויסצושליסען זײַן מיטגלידער, האָט ער דורך אַ טריק אויסגעשלאָסען בײַ דרײַ הונדערט מיטגלידער.

5

[טאָפּיק] יודזשין וו. דעבם ווערט אַ סאָציאַליסט. — זײַן „סאָשעל דעמאָקראַסי". — הורוויטש. — מיר ווערען מיטגלידער פֿון דער „סאָשעל דעמאָקראַסי".

דאן איז בײַ אונז פֿאָרגעקומען אַ פֿראַגע, וואָס ווײַטער צו טאָן. אייניגע זײַנען געווען דאַפֿיר, אז מען זאָל אָנפֿיהרען אַ קרעפֿטיגען קאַמף געגען דעליאָנ'ען מיט זײַן מאַשין און אַפּעלירען צו דער נאַציאָנאַלער עקזעקוטיוו פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי. אַנדערע גענאָסען האָבען אָבער ערקלערט, אז ערשטענס, וועט פֿון דעם גאָרניט אַרויסקומען, ווײַל דעליאָן האַלט די נאַציאָנאַלע עקזעקוטיוו אין זײַן פֿאַקעט, און צווייטענס, אז מען קען שוין אויסקומען אָהן דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי, וואָרום אַרום יענער צײַט האָט זיך גראָד געגרינדעט אַן אַנדער סאָציאַליסטישע פּאַרטי, די סאָציאַל-דעמאָקראַטי פֿון אַמעריקא (סאָשעל דעמאָקראַסי אָוו אַמעריקא) מיט יודזשין וו. דעבם אַלם הויפּט פֿיהרער.488דעבם איז אין דיזען באַנד דערמאָנט געווען, ווען עם האָט זיך געהאַנדעלט וועגען דעם גרויסען פּולמאַן סטרײַק אין דער צײַט פֿון פּרעזידענט קליוולענד. דאן איז ער נאָך קיין סאָציאַליסט ניט געווען. ער איז דאָם אָבער באַלד געוואָרען. אין דער דזשאָליעט פּריזאָן, ניט ווײַט פֿון שיקאַגאָ, וואו מען האָט איהם אַרײַנגעזעצט, האָט ער דורכגעלייענט עטליכע סאָציאַליסטישע בראָשורען און איז באַקאַנט געוואָרען מיט אונזער אידעע.

ער איז פֿון פּריזאָן אַרויסגעקומען אַ באַגײַסטערטער סאָציאַליסט און מיט זײַן מענשען-ליבענדער נאַטור און מיט זײַן רעדנער-קראַפֿט און אײַנפֿלום איז ער געווען אַ גרויסער געווינם פֿאַר דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. אין דעליאָנ'ם סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי האָט ער אָבער ניט געוואָלט אַרײַנקומען. ערשטענס, איז ער געווען מיט דער גאַנצער נשמה איבערגעגעבען די אַמעריקאַנער יוניאָנס, און דעליאָנ'ם יוניאָן-ברעכערישער „טרייד ענד לייבאָר עלליענם" האָט קיין אַנדער געפֿיהל ווי צאָרן אין איהם ניט געקאָנט אַרויסרופֿען; צווייטענס, איז ער סתם געווען אַ צו וואַרים-הערציגער און אויפֿריכטיגער מענש, אז דעליאָנ'ם מעטאָדען זאָלען איהם קעננען צוציהען. מיט זײַן כאַראַקטער איז ער געווען פּונקט דער היפּך פֿון דעליאָנ'ען. דער דעליאָניזם האָט איהם געעקעלט. אַלזאָ, האָט ער און אַ גרופּע פֿון זײַנע אָנהענגער געגרינדעט אַ באַזונדערע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציע — די „סאָשעל דעמאָקראַסי".

פּונקט אין דער צײַט, ווען מיר זײַנען געעבליבען אָהן אַ שוהל, האָט זיך געגרינדעט אַ נײַע שוהל, און נאָך מיט אַזאַ פֿײַנעם חזן!

אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון דעם עלפֿטען דזשולײַ, 1897, געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל מיט'ן נאָמען „די סאָציאַל-דעמאָקראַטי". אונטער דיזען קעפּעל שטעהען די ווערטער: „איהרע פּרינציפֿען, ערקלעהרונגען און פֿאָרלויפֿיגע פֿאָרערונגען". און אונטער דעם, מיט קלענערע ווערטער, שטעהט: „אָנגענומען בײַ דער ספּעציאל קאָנ-489דאָם האָב איך שוין אויספֿיהרליך ערקלעהרט בײַ צוויי געלעגענהייטען אין צווייטען באַנד (פֿיידזש 86—87 און 305). און דעבם' פּלאָן איז אייגענטליך געווען דער זעלבער ווי די פּלענער פֿון די קאָמוניסטישע טרוימער, וועגען וועלכע איך רייד דאָרטען.

פֿאַר אונז איז די גרינדונג פֿון דעבם'עם אָרגאַניזאַציע געווען אַן אונבאַשרײַבליך פֿרעהליכע נײַעם. זײַן פּראָגראַם האָט אונז ניט געקענט צופֿרידענשטעלען; מיר האָבען אָבער פֿון איהם ערוואַרטעט אַ שנעלע ענטוויקלונג אין אונזער ריכטונג און מיר האָבען אין דעם געזעהן דעם אָנהויב פֿון אַ פֿאָלשטענדיגער סאָציאַליסטישער פּאַרטי, וועלכע וועט פֿאַרנעמען דעם פּלאַץ פֿון דער „סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי".

ווי יעדער היסער אידעאַליסט, וואָס איז אָקאַרשט באַקערט געוואָרען צום סאָציאַליזם, האָט דעבם דאן געהאַט געוויסע טרוימערישע און זאָגאַר גאַנץ נאַאיווע באַגריפֿען וועגען דער באַוועגונג. אזוי ווי ער אַליין האָט אַ גילדערנע נאַטור, האָט ער געמיינט, אז כמעט יעדען קאַפּיטאַליסט וואָלט מען געקענט מאַכען פֿאַר אַ סאָציאַליסט און אויף דיזען אַרט ברענגען דעם סאָציאַליזם אויף דער וועלט. מען דאַרף נאָר האָבען אַ געלעגענהייט צוצוקומען צו זײַן מוח און האַרץ. אַלזאָ, האָט ער490יאָהר אַרום וועט די סאָשעל דעמאָקראַסי זיגען אין די פּרעזידענט וואַהלען און אײַנפֿיהרען דעם סאָציאַליזם אין אַמעריקא.

מיר האָבען וועגען אַזעלכע בריעף און רעדעם גערעדט מיט אַ שמייכעל. מיר האָבען זיי גערופֿען „אוטאָפֿיסטיש". אָבער אונזערע אייגענע באַגריפֿען וועגען אַמעריקא און וועגען אונזער באַוועגונג זײַנען דאן נאָך אויך געווען נאַאיוו גענוג.

יעדענפֿאַלם האָבען מיר צו דעבם'ן געהאַט דעם העכסטען רעספּעקט און ער איז אונז געווען זעהר טײַער. מיר זײַנען געווען זיכער, אז מיט דער צײַט וועט ער אונזער באַוועגונג און די וועלט בכלל פֿאָרשטעהן בעסער, און אז ער וועט ווערען אַ גוטער מאַרקסיסטישער סאָציאַליסט.

דעם 31טען יולי, 1897, האָבען אַלע אונזערע פּרעם-קלובם אָפּגעהאַלטען אַ קאָנווענשאָן. צו דיזער קאָנווענשאָן זײַנען צוגעלאָזען געוואָרען מ. לאָנדאָן, פּראָפֿעסאָר יצחק אײַזיק הורוויטש און י. באַראָנדעם, אַלם דעלעגאַטען פֿון אַ ברענטש פֿון דער „סאָשעל דעמאָקראַסי אָוו אַמעריקא", און זיי האָבען אַרײַנגעבראַכט אַ פֿאָרשלאַג אז אונזער אָפּאָזיציאָן זאָל זיך אָנשליסען אָן דער נײַער פּאַרטי.

„צוויי פֿראַגען זײַנען געשטאַנען אויף דער טאַגעס-אָרדנונג —491מילער, ווינטשעווסקי, הורוויטש און איך האָבען אויך גערעדט דאַפֿיר, אז די אָפּאָזיציאָניסטען, וועלכע דעליאָן האָט נאָך ניט אויסגעשלאָסען, זאָלען זיך אַליין אויסשליסען פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי, און די קאָנווענשאָן האָט אונזער פֿאָרשלאַג אָנגענומען.

מיר זײַנען געוואָרען מיטגלידער פֿון דער „סאָשעל דעמאָקראַסי אָוו אַמעריקא".

6

[טאָפּיק] איך געה אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס".

אין עטליכע וואָכען אַרום האָט זיך געענדיגט דער שנײַדער-סטרײַק, און איך האָב באַשלאָסען גלייך צו רעזיגנירען. גראָד האָט זיך דאן געמאַכט אַ ספּעציעלער צוזאַמענשטוים צווישען מיר און מײַנע געגנער אין דעם „פֿאָרווערטס פּרעם פֿאַרבאַנד" איבער אַן אַרטיקעל. די איינצעלהייטען פֿון דיזען סכסוך געדענק איך ניט גענוי, נאָר מאיר גיללים און אַנדערע גענאָסען וואָם האָבען דאן גענומען אַן אַקטיוון אַנטייל אין די מיטינגען פֿון דעם פֿאַרבאַנד, דערצעהלען וועגען דעם דאָם פֿאָלגענדע:

מ. זאַמעטקין האָט אויפֿגעשריבען אַ לייט-אַרטיקעל מיט שאַרפֿע אויסדרוקען געגען דער קליקע און דעליאָנ'ען, און איך האָב זיך דאָם ענטזאָגט צו שטעלען אַלם אַ לייט-אַרטיקעל. „אויב איהר ווילט דאָם דוקא האָבען, וועל איך דאָם שטעלען אין דער „פֿאָלקס-טריבונע" — האָב איך ערקלערט.

די פֿראַגע איז פֿאָרגעבראַכט געוואָרען אויף אַ מיטינג פֿון דעם פֿאַרבאַנד. עם איז פֿאָרגעקומען אַ היציגע דעבאַטע. איך האָב ניט נאָכגעגעבען, און אונטער אַנדערע באַמערקונגען האָב איך געזאָגט: איך געה סײַ-ווי-סײַ אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס". דער אַרטיקעל וועט ניט חמצ'דיג ווערען. וואָרט עטליכע טעג, ווען איך וועל שוין ניט זײַן אין דער רעדאַקציע, וועט איהר איהם קעננען דרוקען ווי איהר וועט וועלען.492אויף דעם נעקסטען מיטינג (אין אַ נאָכמיטאָג איז דאָם געווען) האָב איך אָנגעגעבען מײַן רעזיגנײַשאָן. אום ניט צו געבען קיין געלעגענהייט פֿאַר דעבאַטען און אום צו מאַכען גלײַך אַ סוף, האָב איך ערקלעהרט, אז איך בין קראַנק אויף די אויגען און אז דאָם צווינגט מיך צו פֿאַרלאָזען מײַן אַמט.

אַלע האָבען פֿאַרשטאַנען, אז דאָם איז אַ תירוץ (אַ געוויסע צײַט האָב איך ווירקליך געהאַט טראָבעל מיט די אויגען, אָבער דאָם איז שוין געווען לאַנג פֿאַריבער). ליעף האָט זיך אַוועקגעשטעלט און דאָם אַרויסגעזאָגט אָפֿען. ער האָט געפֿאָדערט, אז איך זאָל בלײַבען. איך האָב קיין רעכט ניט אַוועקצוגעהן פֿון דער צייטונג, פֿאַר וועלכער מיר האָבען אַלע אזוי פֿיל געקעמפֿט און געאָפּפֿערט, האָט ער גע'טענה'ט. איך האָב אָבער מײַן רעזיגנײַשאָן צוריק ניט גענומען.

עטליכע פֿון די טעטיגע גענאָסען—גיללים און אַנדערע—זײַנען געקומען צו מיר (איך און מײַן פֿרוי האָבען דאן געוואוינט אין אַ טענעמענט-הויז אויף 5טער סטריט, לעבען דער ערשטער עוועניו) און אַפּעלירט איך זאָל פֿון „פֿאָרווערטס" ניט אַוועקגעהן. איך האָב זיי ערקלערט, אז אונטער די עקזיסטירענדע אומשטענדען איז מיר אונמעגליך די צייטונג אויפֿצובויען, אז מײַן רעדאַקציאָנס-אַרבייט איז נאָר אַ פֿאַרלוסט פֿון מיה און צײַט.

איך האָב מײַן באַשלום ניט געענדערט. איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס".

אויפֿ'ן האַרצען איז מיר געווען ניט יום-טוב'דיג.

די זיבען יאָהר זינט מען האָט געגרינדעט די „אַרבייטער-צייטונג" האָבען אין מיר איבערגעלאָזען טיפֿע געפֿיהלען, מיט וועלכע עם איז ניט לײַכט געווען זיך צו שיידען.

דער לעבען פֿון אַ כלל-טוער קען ברענגען אַ סך גליק, אָבער דער בעכער פֿון גליק, איז זעלטען פֿרײַ פֿון גיפֿטיגע טראָפּענם. בײַ יעדען קהל'שען מענש זײַנען פֿאַראן צײַטען, ווען זײַן ראָלע איז איהם אַ קוואל פֿון ערגערניש און שאַרפֿע שמערצען. די עפֿענטליכקייט ציהט ווי אַ מאַגנעט; צו דער זעלבער צײַט טרײַבט זי ווי מיט בײַטשען.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 476] מיר ווייסען שוין אַז די „אַרבייטער צייטונג" האָט שוין דאַן ניט עקזיסטירט. דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער קערפּערשאַפֿט וואָס האָט אַרויסגעגעבען דעם „אבענד בלאַט" איז אָבער געבליבען דער זעלבער.