בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

ערשטער קאַפּיטעל

דער אָנהויב פֿון מיין ליטעראַרישער קאַריערע

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 13–31 (גאַנצער ערשטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 13 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
ליטעראַטור אַ זייטיגער אינטערעם.

13דער דריטער באַנד פֿון דיזע „בלעטער" האָט זיך געענדיגט ביי דעם מאָמענט, ווען איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס". איידער איך וועל דערצעהלען וואָס ווייטער איז געווען, איז נויטיג איבערצוגעבען ווי אַזױ עם האָט זיך אָנגעפֿאַנגען מיין ליטעראַרישע קאַריערע. דאָם איז אָבער געשעהן איידער איך האָב פֿאַרלאָזען דעם „פֿאָרווערטס". די ערשטע צוויי קאַפּיטלעך פֿון דיזען באַנד געהערען דעריבער צו דער זעלבער צייט (1895 — 1897) ווי די לעצטע קאַפּיטלעך פֿון דעם דריטען באַנד. אָבער נאָר די צייט אין די זעלבע. די פֿאַסירונגען זיינען גאַנץ אַנדערע, און מייסטע פֿון די פּערזאָנען, וואָם ווערען דערמאָנט, זיינען אױך אַנדערע.

אַן ערנסטער אינטערעם אין ליטעראַטור, ניט נאָר אַלם לעזער, נאָר אױך מיט באַגעהר אַליין עפּעם צו שאַפֿען, האָט זיך ביי מיר אָנגעפֿאַנגען צו ענטוויקלען דורך מיין טעטיגקייט אין דער „אַרבייטער צייטונג".

ווען איך פֿלעג שרייבען פֿאַר די ענגלישע צייטונגען, אין די אַכציגער יאָהרען, פֿלעגט מיין מיטאַרבייטערשאַפֿט הױפּטזעכליך באַשטעהן אין בייטראַגען אין וועגען דעם לעבען פֿון דער אידישער „איסט-סאַיד", אָדער פֿון אַנדערע אימיגראַנטען-קוואַרטאַלען. צו בעלעטריסטיק האָבען די דאָזיגע אַרטיקלען קיין שייכות ניט געהאַט. אױב איך האָב דאַן געטרױמט וועגען פּראָדוצירען עפּעם אין דער פֿאָרמע פֿון אַן ערצעהלונג, איז דאָם געווען אױף אַ14גאַנץ אונדײַטליכען שטייגער. צו קיין פֿאַרווירקליכונג איז דאָם יעדנפֿאַלם ניט דערגאַנגען.

וואָם אַנבאַטרעפֿט מיין אָנטייל אין אונזער ענגלישען פֿאַרטיי-אָרגאַן, „וואָרקמענס אַדוואָקייט", איז דאָם דורכאױם באַשטאַנען אין צושטעלען סאָציאַליסטישע פּובליציסטיק, רעדאַקציאָנעלע נאָטיצען, און טעאָרעטישע סאָציאַליסטישע אָפֿהאַנדלונגען. מיט בעלעטריסטיק האָט דיזע אַרבייט ניט געהאַט צו טאָן. דער אַרטיקעל, וועלכען איך האָב געשריבען פֿאַר'ן „וואָרקמענס אַדוואָקייט" אונטער'ן נאָמען „רעאַליזם" (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 421), האָט געהאָט אַן אַבסטראַקטען, אַ מין פֿילאָזאָפֿישען כאַראַקטער. מיט קריטיק פֿון אַ באַשטיממטער בעלעטריסטישער ווערק איז ער ניט געווען פֿאַרבונדען.

שפּעטער, ווען איך האָב זיך אַריינגעוואָרפֿען אין דער „אַרבייטער צייטונג", איז מיין גאַנצע אױפֿמערקזאַמקייט געווען פֿאַרנומען מיט מיינע פֿליכטען אַלם זשורנאַליסט, אַגיטאַטאָר און פֿאָפּולאַריזאַטאָר, און מיט מיין וויסענשאַפֿטליכען אינטערעם אין דער שייכות צווישען סאָציאַליזם און דאַרוויניזם.

אױך ענגליש האָב איך די ערשטע פֿאָר יאָהר פֿון מיין פֿאַרבינדונג מיט דער „אַרבייטער צייטונג" געשריבען ווייניג; און ווען איך האָב געלעזען גוטע בעלעטריסטיק, האָב איך דאָם געטאָן נאָר אַלם אַ גייסטיגען צייט-פֿאַרטרײַב. מיין אינטערעם אין ליטעראַטור האָט צוערשט געהאַט אַ „באַלעבאַטישען" כאַראַקטער.

ווען איך האָב געלייענט די ווערק פֿון דיקענם, טהעקעריי, דזשאָרדזש עליאָט, האָטהאָרן, האָוועללם, דזשיימם און אַנדערע, פֿלעגט זיך ביי מיר צוגליהען מיין פֿאַנטאַזיע. איך פֿלעג די געשילדערטע פּערזאָנען און סצענעם זעהן ווי פֿאַר די אױגען. אַ דאַנס דער וואַכער, טעמפּעראַמענטפֿולער און געפֿיהלפֿולער נאַטור, וועלכע איך האָב גע'ירשנ'ט פֿון מיין פֿאָטער, פֿלעג איך זיך אָפֿרופֿען אױף יעדען העלען פֿאָרטרעט, אױף יעדע קאָליר-רייכע שילדערונג. אָפֿט פֿלעגט דאָם מיך אַריינברענגען אין באַגייסטערונג. דאָם אַלץ פֿלעגט אָבער דערנאָך פֿאַרגעסען ווערען, אַזױ ווי דער עפֿעקט פֿון אַ שטאַרקע טעאַטער-פֿאָרשטעלונג. מיין הױפּט אינ15טערעם איז געלעגען אין געגענשטאַנדערן, וואָם געהערען צו אַ גאַנץ אַנדער גייסטיגער וועלט ווי ליטעראַטור.

איך האָב אָפֿט געלעזען פּאָעזיע. צווישען די ערשטע ביכער, וועלכע איך האָב זיך ערוואָרבען אין אַמעריקא, זיינען געווען פֿולע סעטם פֿון די גרױסע ענגלישע פּאָעטען (זיי געפֿינען זיך נאָך איצט אין מיין ביבליאָטעק). איך האָב געהאַט מיינע באַליבטע געדיכטען אין די ווערק פֿון בײַראָן, פֿון שעללי, פֿון וואָירדסוואָרטה, און פֿון די אַמעריקאַנער פּאָעטען, און איך פֿלעג זיי לייענען ווידער און ווידער. לייענענדיג זיי פֿלעג איך זיך פֿאַרטרױמען, ווי אױף אַ מוזיקאַלישען קאָנצערט. אױף אַ קאָנצערט געהט מען אײַן מאָל אין אַ וואָך אָדער אײַן אין אַ מאָנאַט. ס'איז אַ יום-טוב. אָט אַזאַ יום-טוב איז דאַן ביי מיר געווען צו לעזען אַ פֿעמע אָדער אַ טאַלאַנטפֿול-געשריבענע ערצעהלונג.

אַ גאַנץ אַנדער אינטערעם איז געווען דער, וואָם איך האָב געהאַט אין דער באַוועגונג אין די ערשטע פֿיר „אַרבייטער צייטונג" יאָהרען. דאָם איז ביי מיר געווען אײַנע פֿון יענע באַגייסטערונגען, וועלכע זיינען ניט באַשרענקט אױף יום-טוב אָדער שבת, נאָר וואָם דרינגען אײַך דורך יעדען טאָג, כמעט יעדע שעה. עם איז דאַן ביי מיר אימער געווען יום-טוב. איך קען דאָם זאָגען אָהן איבערטרײַבונג.

מיין פֿרוי האָט אין יענע יאָהרען מיט ליטעראַטור זיך אינטערעסירט מעהר ווי איך. זי האָט געצויגען מיין אױפֿמערקזאַמקייט צו דער פּסיכאָלאָגיש-קינסטלערישער טיפֿקייט פֿון טאָלסטאָי'ם שרייבען.

מיר ביידע האָבען זיין „אַננאַ קאַרענינאַ" געלעזען נאָך זייענדיג אין רוסלאַנד, איך אין ווילנע און זי אין קיעוו. דער ראָמאַן איז ערשינען מיט אַ יאָהר אָדער פֿאָר פֿאַר אונזער אָפּפֿאָהרען קיין אַמעריסאַ — דאַן, ווען איך בין געווען אין דעם לעצטען קלאַם פֿון דעם ווילנער לערער אינסטיטוט. עם האָט גע'רעש'ט מיט איהם. יעדע אינטעליגענטע פּערזאָן האָט זיך צוגעכאַפּט איהם צו לעזען. האָב איך איהם אױך איבערגעלעזען. אָבער אום אַזאַ ווערק אָפּצושאַצען, דאַרף מען זיין עלטער ווי מיר זיינען דאַן געווען. אין 1888, מיט זעקם יאָהר נאָך אונזער קומען קיין אַמעריקאַ, ווען16מיין פֿרוי האָט דעם בוך געלייענט אַ צווייטען מאָל, האָט עם פֿאַר איהר געהאַט גאָר אַן אַנדער באַדייטונג. זי האָט וועגען איהם גערעדט מיט גרױם באַגייסטערונג, און געמאַכט אינטערעסאַנטע באַמערקונגען וועגען איהם. דאַן האָב איך דעם ראָמאַן אױך איבערגעלעזען אַ צווייטען מאָל. איך האָב זיינע בילדער אױך דערזעהן מיט נײַע אױגען. עם איז אָבער אַלץ געווען אַ זייטיגער אינטערעם ביי מיר (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 211).

איך האָב מיט התמדה געלעזען די ווערק פֿון די אַמעריקאַנער רעאַליסטישע שרייבער האָוועללם און דזשיימם. האָוועללם'עם ראָמאַן „די קאַריערע פֿון סילאַם לעפֿאַם" איז מיר אַזױ געפֿעלען געוואָרען, אַז איך האָב איהם געקױפֿט אין אַ צייט, ווען זיין פּרייז איז געווען ניט פֿאַר מיין קעשענע. (דיזער בוך איז אױך אײַנער פֿון די, וואָם זיינען ביי מיר פֿאַרבליבען פֿון יענע יאָהרען.) אָבער דאָם אַלץ האָט דירעקט צו ליטעראַרישע שטרעבונגען ניט געפֿיהרט.

2
„מאָטקע אַרבעל". — ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט טשעכאָוו'ם ווערק.

פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג" האָב איך אָפֿט געשריבען פֿעליעטאָנען, און אײַניגע פֿון זיי האָבען געהאַט אַ געוויסע שייכות צו בעלעטריסטיק, הגם זעהר אַ ווייטע. אין יענע פֿעליעטאָנען („סדרות"), ווען איך לעז זיי איצט, געפֿין איך ערטער-ווייז אַ סימן פֿון בעלעטריסטישע אײַנבילדונגס-קראַפֿט. דאָם רוב צייגט זיך דאָם דאָרטען אַרױם אױף אַ רויהען, אָמאָל זאַגאַר אױף אַ וואולגאַרען, שטייגער. דער קערענדעל איז אָבער דאָך דאָ.

אײַן מאָל איז מיר אײַנגעפֿאַלען אַ געדאַנק וועגען אַ פֿעליעטאָן אין דער פֿאָרמע פֿון אַ בעלעטריסטישע מעשה'לע. עם האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אַ יונגען מאַן, וועלכער געברױכט זיין אַרבעל אַנשטאָט אַ פֿאַטשיילקע אַזױ אָפֿט, אַז מען האָט איהם אַ נאָמען געגעבען „מאָטקע אַרבעל". איך האָב די מעשה'לע געשריבען אַלם אַ „סדרה", און איך האָב איהר פֿאָרטגעזעצט17נעקסטע וואָך און אַ דריטע וואָך. די „סדרה" האָט אױסגענומען. דאָם איז געווען אין 1892. ווען מען זאָל מיר היינט ברענגען אַזאַ סקיצע פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", וואָלט איך דעם מאַנוסקריפּט גלייך אומגעקערט צוריק. און דאָך, איז אין זייהר געווען אַ געוויסער שפּור פֿון בעאָבאַכטונגס-אינטערעם.

אין ניו יאָרק האָט זיך דאַן געפֿונען אַ רוסישער רעוואָלוציאָנער, אַ קריסט פֿון זיד-רוסלאַנד מיט'ן נאָמען זשוק. ער האָט געהאַט אַ שמאַרקע נייגונג צו ליטעראַטור און ער איז געווען גוט באַקאַנט מיט אַלץ וואָם איז דאַן פֿאָרגעקומען אין דער רוסישער בעלעטריסטיק. האָב איך פֿאַר איהם איבערגעלעזען „מאָטקע אַרבעל" אין אַ רוסישער איבערזעצונג, וועלכע איך האָב פֿאַר איהם געמאַכט אױף אױסוועניג, קוקענדיג אין דעם אָריגינאַל. ווען איך האָב געענדיגט, איז זיין ווערדיקט געווען: „ס'איז זעהר אַ ליכטע זאַך. ס'איז אָבער ניט שלעכט. איך האָב גאָר ניט געוואוסט, אַז איהר האָט טאַלאַנט צו בעלעטריסטיק".

עם האָבען זיך ביי מיר גענומען „בייסען די פֿינגער". און דורך דעם האָב איך אָנגעהױבען צו לעזען די ווערק פֿון וויכטיגע בעלעטריסטען, מיט אַ נייע אױפֿמערקזאַמקייט.

טשעכאָוו האָט דאַן אָנגעפֿאַנגען צו ווערען אָנערקענט אַלם אַ ליטעראַרישע קראַפֿט אין רוסלאַנד (ער האָט זיך גענומען באַווײַזען אין צייטונגען און זשורנאַלען ווען איך בין שױן געווען אין אַמעריקא). זשוק איז געווען דער ערשטער, פֿון וועלכען איך האָב געהערט זיין נאָמען. ער האָט מיר געליהען אַ באַנד פֿון טשעכאָוו'ם ערצעהלונגען, אונטער דעם נאָמען „כמוריע ליודי" (כמורנע מענשען). איך האָב אין זיי ניט געפֿונען קיין מעשה'לעך. סתם שטיקלעך לעבען. מיר האָט זיך געדוכט, אַז עם איז גאָר ניטאָ וועגען וואָם צו שרייבען; און דאָך האָב איך געפֿיהלט, אַז אין יעדער סקיצע נעמט מיר טשעכאָוו אַריין אין אַ לעבענסווינקעל; אַז עם איז ווירקליבקייט און נאַטירליבקייט פֿון אַ נייעם מין.

דער באַנד ערצעהלונגען האָט אין מיין מח געמאַכט אַ רעוואָלוציע.

איך האָב טאָלסטאָי'ם „אַננאַ קאַרענינאַ" דאַן איבערגעלעזען18צום דריטען מאָל, און ווידער האָב איך אין דעם ראָמאַן געפֿונען אַ נייעם טעם. ער איז מיר געוואָרען קלעהרער, טיפֿער, ניט-איןערך אינטערעסאַנטער, אַזױ ווי פֿריהער וואָלט איך די מענשען און זייערע נשמות געזעהן פֿון ווייטען, און איצט וואָלט איך זיך צוגערוקט גאַנץ נאָהענט צו זיי.

אױך האָב איך דאַן צום צווייטען מאָל איבערגעלעזען עטליכע פֿון טאָלסטאָי'ם קירצערע ערצעהלונגען, און אַנדערע פֿון די באַרימטע ווערק פֿון דער רוסישער בעלעטריסטיק.

יעדער מענש זעהט זיך פֿון צייט צו צייט אַרום, אַז ער פֿאַרשטעהט מענשען בעסער ווי מיט עטליכע יאָהר פֿריהער; און ביז אַ געוויסען עלטער איז דאָם אמת וועגען יעדען מענשען. דער לעבען איז דער בעסטער בוך, און פֿון איהם לערענט אַפֿילו דער, וואָם וואוינט אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם דאָרף; און איך האָב די לעצטע יאָהרען געלעבט אין אַ יאַריד פֿון טיפּען, פֿון פֿאַרשידענע נאַטורען, געשמאַקען, אינטערעסען, און איך האָב זיך צו אַלעמען און צו אַלעם צוגעקוקט. אַלע און אַלעם האָבען גערייצט מיין נייגעריגקייט. אַלזאָ האָב איך אין דער בעסערער ליטעראַטור, הױפּטזעכליך אין דער רוסישער, איצט געפֿונען נייע אוצרות. איך קען זאָגען, אַז מיט דער רוסישער ליטעראַטור בין איך אין אמת'ן באַקאַנט געוואָרען ערשט-אין דיזער צייט, ווען איך בין שױן געווען אַ יאָהר צעהן אין אַמעריקא.

דאָם האָט אין מיר אַרױסגערופֿען אַן אינטערעם, וועלכער האָט דערגרייכט דעם גראַד פֿון ליידענשאַפֿט, אַזױ ווי איך וואָלט אין זיך ענטדעקט אַ נייעם חוש.

ווען איך קוק היינט דורך די נומערען „אַרבייטער צייטונג" פֿון יענע יאָהרען, באַמערק איך אין זיי צייכענס פֿון דיזען נייעם הונגער אין מיר.

3
„רפאל נעריצך".

דזשיימם ק. פֿאָלדינג, מיין אַמעריקאַנער פֿריינד (זעה. פֿאָרמערט אין דריטען באַנד, פֿיידזש 297), איז געווען אַ וואַרימער ליבהאָבער פֿון ליטעראַטור, און דאָם האָט אונז נעהענטער גע19מאַכט אײַנער צום אַנדערען. ווען מיר זיינען געפֿאָהרען צוזאַמען קיין יוראָפּ, זיינען אונזערע שמועסען אָפֿט געווען פֿאַרנומען מיט בעלעטריסטישע שרייבער און זייערע ווערק. ער האָט מיר צוגעגעבען חשק צו שרייבען אױף ענגליש סקיצען פֿון דעם אידישען לעבען אין אַמעריקא (זעה פֿיידזש 344 און 345 פֿון דריטען באַנד).

מיינע בעאָבאַכטונגען אין לעבען האָבען באַקומען אַ ריכטונג, מיט וועלכער יעדער בעלעטריסט איז גוט באַקאַנט — אַ בעלעטריסטישע ריכטונג, אױב מען קען דאָם אַזױ רופֿען. פֿריהער, ווען איך פֿלעג זעהן אַן אינטערעסאַנטע זאַך, פֿלעגט זי מיך סתם אינטערעסירען. איצט האָב איך די סצענע אָדער די פּערזאָן שױן גענומען אָפּשאַצען פֿון אַ קינסטלערישען שטאַנדפּונקט. עם האָט זיך צו מיר שטענדיג געטשעפּעט די פֿראַגע, צי דאָם וואָם איך זעה האָט עפּעם אַ ווערט אַלם מאַטעריאַל פֿאַר אַן ערצעהלונג.

איך האָב זיך גענומען מעהר צוקוקען, נעהענטער צוקוקען. איך האָב אָנגעהױבען צו באַמערקען זאַכען, וועלכע וואָלטען פֿריהער אפֿשר ניט געצויגען מיין אױפֿמערקזאַמקייט.

איך האָב בעסער אָפּגעשאַצט די שעהנקייט פֿון ליטעראַטור, און איך האָב בעסער באַנומען שעהנקייטען אין לעבען, די פּאָעזיע, וואָם געפֿינט זיך אָפֿט אין דער פּראָזאַאישסטער ווירקליבקייט.

אין דעם דריטען באַנד (פֿיידזש 358) איז דערמאָנט געוואָרען מיין „רפאל נעריצך", אַ פּראָפּאַגאַנדאַ ווערק אין דער פֿאָרמע פֿון אַן ערצעהלונג. אַ גרױסער טייל פֿון איהר האָט אַ ריין בעלעטריסטישען כאַראַקטער. און דאָם איז געווען די הױפּט אורזאַכע פֿון דעם ערפֿאָלג, וואָם דער ביכעל האָט געהאַט אין אַמעריקא און אױך אין רוסלאַנד (וואו ער איז געלעזען געוואָרען „אונטער דער ערד").

דאָם איז אײַגענטליך געווען מיין ערשטער ערפֿאָלג אַלם בעלעטריסט. איך האָב באַקומען וואַרימע קאָמפּלימענטען; פֿריינד און אױך אײַניגע פֿיינד האָבען וועגען „רפאל נעריצך" גערעדט מיט לויב-ווערטער.

מיין פּלאַן צוצופֿערטיגען אַ וויסענשאַפֿטליכען ווערק איבער20דאַרוויניזם און סאָציאַליזם איז אָפּגערוקט געוואָרען אָן אַ זייט. איך האָב גענומען פֿיהלען אַז ליטעראַטור ציהט מיך מעהר ווי וויסענשאַפֿטליכע אונטערזוכונגען.

אַרום יענער צייט איז דאָם מיר פֿון י. ל. פּרץ'ן, פֿון וואַרשע, אָנגעקומען דער ערשטער פּעקעל מיט קורצינקע ערצעהלונגען, וועלכע זיינען נאָך אין ערגעץ ניט ערשינען, ווי עם איז דערצעהלט געוואָרען אין דעם פֿאָריגען באַנד. איך האָב זיי איבערגעלעזען און בין ענטציקט געוואָרען. איך האָב די ערצעהלונגען פֿאַרעפֿענטליכט אין דער „אַרבייטער צייטונג" און געשריבען וועגען זיי.

די אידישע ליטעראַטור האָט דאַן ערשט געהאַלטען ביים געבאָרען ווערען. די אידישע שפּראַך, אַלם אַ ליטעראַרישע שפּראַך, איז נאָך געווען זעהר אָרים און רויה, און אינטעליגענטע אידען, וואָם האָבען דאַן געלעזען אידישע ערצעהלונגען אָדער אַרטיקלען, זיינען געווען אַן אױסנאַם. דער אױסדרוק „אידישע ליטעראַטור" האָט נאָך געקלונגען כמעט ווי אַ שפּאַם.

ווען איך האָב זיך געפֿונען אױף דעם צוריכער קאָנגרעם, האָב איך געהאַט אַ געשפּרעך מיט אַ בולגאַרישען סאָציאַליסט, וועלכער האָט גוט גערעדט רוסיש. מיר האָבען געשמועסט וועגען דער רוסישער ליטעראַטור, און ער האָט, צווישען אַנדערע זאַכען, געזאָגט אונגעפֿעהר דאָם פֿאָלגענדע: „מיר בולגאַרען באַטראַכטען די רוסישע ליטעראַטור כמעט ווי אַן אײַגענע. מיר האָבען אױך טאַלאַנטפֿולע מענשען. די בולגאַרישע שפּראַך האָט אָבער ניט קיין באַדייטונג אױף דער וועלט, בולגאַרישע שרייבער זיינען אין אַנדערע לענדער ניט באַקאַנט, ציהען מיר זיך צו די ליטעראַטורען פֿון די גרױסע לענדער — פֿון פֿראַנקרייך, פֿון דייטשלאַנד, פֿון ענגלאַנד, אָבער הױפּטזעכליך פֿון רוסלאַנד, וואָרים צו רוסיש איז אונזער לשון אַ נאָהענטער קרוב".

צו אונזער געשפּרעך איז דערנאָך צוגעשטאַנען אַ רומעאַנישער דעלעגאַט מיט'ן נאָמען דאָבראָדזשאַנו (געראַ), אַ רוסישער איד, אַ סאָציאַליסט, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין רומעניען און אין21דאָרטען אַנערקענט געוואָרען פֿאַר דעם וויכטיגסטען קריטיקער אין דער רומעאַנישער ליטעראַטור. זיין אמת'ער נאָמען איז געווען קאַץ.

צוזאַמען מיט איהם האָט אין דער דיסקוסיע אַנטייל גענומען אַ צווייטער רומעאַנישער דעלעגאַט (אַן אמת'ער רומען). אין אַלגעמיין האָבען זיי וועגען רומעניען געזאָגט דאָם זעלבע וואָם דער בולגאַר האָט געזאָגט וועגען בולגאַריען: פֿאַראַן טאַלאַנטפֿולע שרייבער; אױך איז דאָ אַ וואונש צו ענטוויקלען די רומעאַנישע ליטעראַטור. אָבער געבילדעטע מענשען זיינען ניט געוואוינט צו נעמען איהר ערנסט. כמעט יעדער אינטעליגענט אין רומעניען רעדט פֿראַנצויזיש און דער אַלגעמיינער אײַנדרוק איז דאָרטען, אַז אמת'ע ליטעראַטור מוז קומען פֿון פֿראַנקרייך.

איך געדענק דיזען שמועם אונזערען און איך געדענק ווי מיר האָבען גערעדט וועגען דער אידישער פּרעסע אין אַמעריקא. דאָבראָדזשאַנו האָט וועגען אידישע שרייבער געזאָגט אונגעפֿעהר דאָם זעלבע וואָם ער און די אַנדערע צוויי דעלעגאַטען האָבען דערצעהלט וועגען זייערע מוטער-שפּראַכען. און איך בין מיט איהם געווען אײַנפֿאַרשטאַנען.

אַזױ איז דאַן געווען די אַלגעמיינע מיינונג צווישען אינטעליגענטע אידען.

ווען איך רייד דאָ, אַלזאָ, וועגען מיינע ליטעראַרישע שטרעבונגען, מיין איך אַ וואונש צו שרייבען ערצעהלונגען אױף ענגליש.

4
איך ווער פּערזענליך באַקאַנט מיט האָוועללם'ן.

ווילליאַם דין האָוועללם איז געווען דער גרעסטער אַמעריקאַנישער שריפֿטשטעלער פֿון יענער צייט, און ער איז געווען אַ רעאַליסט. ער האָט געשילדערט דעם אמת'ן לעבען. פֿאַר דער רוסישער ליטעראַטור איז ער געווען באַגייסטערט. אין די ליטעראַרישע פֿעליעטאָנען, וואָם ער פֿלעגט שרייבען אין „האַרפּער'ם וויקלי", פֿלעגט ער אָפֿט דערמאָנען טאָלסטאָי'ען און אָנווייזען אױף זיין גרױסקייט. אײַן מאָל, באַשפּרעכענדיג אַנדערע שריפֿטשטעלער, האָט ער דעם אַרטיקעל געענדיגט מיט די פֿאָלגענדע ווערטער:

22„איך וויל שליסען מיט אַ נאָמען, וועלכער איז דער נאָמען פֿון דעם גרעסטען פֿון אַלע ליטעראַרישע קינסטלער: טאָלסטאָי".

זיינע אײַגענע ראָמאַנען זיינען געווען די אײַנציגע אַמעריקאַנישע ווערק, וועלכע זיינען מיט זייער קינסטלערישער ריכטונג געשטאַנען נאָהענט צו דער רוסישער ליטעראַטור. העגרי דזשיימם'ן האָט מען אױך גערעכענט פֿאַר אַ רעאַליסט, אָבער איך האָב מעהר געהאַלטען פֿון האָוועללם'ן.

זיין מיטעלסטער נאָמען, דין, איז אַ וואָרט, וועלכער באַדייט: הױפּט-גלח אָדער דירעקטאָר; און ער פֿלעגט געברױכט ווערען וועגען האָוועללם'עם ראַנג צווישען אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער. „דער דין פֿון אַמעריקאַנער ליטעראַטור" פֿלעגט מען איהם רופֿען.

איך האָב זיינע שריפֿטען געלעזען מיט חשק נאָך איידער איך האָב אַליין גענומען טרױמען וועגען אַ בעלעטריסטישער טעטיגקייט (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 320). און איצט איז מיין אינטערעסעם אין זיי פֿאַרגרעסערט געוואָרען. זיינע וויכטיגסטע ראָמאַנען האָב איך איבערגעלייענט נאָך אַ מאָל, און יעדע נייע זאַך זיינע האָב איך געלייענט גלייך ווי זי איז ערשינען. איך פֿלעג דאָם ניט לעזען אין אַ ביבליאָטעק, נאָר ניט-אַנדערש ווי קױפֿען דעם בוך. פֿון דאָם לעצטע פֿלעג איך קױפֿען. עם האָט זיך ביי מיר געקליבען אַ האָוועללם ליברערי.

ער האָט פֿאַרשטאַנען די אינערליכע וועלטעלע פֿון אַ מענשען, און ער האָט געשריבען מיט אַ זעלטען רייכע און שעהנע, און דאָך אײַנפֿאַכע שפּראַך. אַ געבילדעטע דאַמע האָט אַמאָל צו איהם געשריבען:

„איהר פֿאַרשטעהט די אַמעריקאַנער פֿרויען אַזױ גוט. איהר דרינגט אַזױ אַריין אין אונזערע הערצער, אַז עם ווילט זיך פֿראָטעסטירען פֿאַרוואָם איהר זאָגט אױם אונזערע סודות".

דיזע „סודות" האָבען ביי האָוועללם'ן קיינמאָל ניט קיין שייכות צו אַזעלכע געשלעכט ענינים, וועלכע די מאָראַל-צענזור פֿון דער אַמעריקאַנער עפֿענטליכער מיינונג האַלט הינטער'ן פֿאַרהאַנג — אַ צענזור, וועלכע איז דאַן געווען ניט-אין-ערך שטרענגער ווי היינט. צו אַזעלכע פֿראַגען רירט זיך האָוועללם ניט צו. געהן23געגען דער עפֿענטליכער מיינונג האָט ער זיך קיינמאָל ניט ערלױבט.

איך גלױב, אַז האָוועללם איז עד היום אײַנער פֿון די צוויי וויכטיגסטע שרייבער אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. זיין הױפּט חסרון איז באַשטאַנען אין זיין מילדקייט און פּיוריטאַנישער צניעות'קייט. ער איז ניט געווען קיין קעמפֿער. שטעלען זיך געגען דעם האַלב-רעליגיעזען, ניט אָפֿיציעלען אָבער דאָך מעכטיגען מאָראַל-געזעץ, האָט ער ניט געקענט. ער האָט שטענדיג מורא געהאַט טאָמער באַגעהט זיין פֿעדער עפּעם אַן אונאַנשטענדיגקייט.

ער איז געווען אַ זעלטען וווייכער מענש, אַ גוט-הערציגער, אַ צאַרטער. און אַלם בעלעטריסט איז ער געווען צו צאַרט. דאָם האָט איהם געשטערט אין זיין קונסט. עם זיינען אָבער געווען גרױסע מעלות אין זיין שרייבען. ער האָט געשאַפֿען ווירקליכע מענשען, „אַמעריקאַנער פֿון פֿלייש און בלוט".

טראָץ זיין הױכע שטעלונג און אײַנפֿלום האָט ער זיך געפֿיהלט ווי אָן עלענדער, ווייל אַרום און אַרום איהם האָט געהערשט די ביליגע שונד-ליטעראַטור פֿון ראָמאַנען, וועלכע ענדיגען זיך מיט אַ מעכאַנישען, „פֿרעהליכען סוף". ער האָט מקנא געווען די אײראָפּעאישע לענדער. און ווען עם פֿלעגט זיך אין אַמעריקא באַווייזען אַ שריפֿטשטעלער, וואָם האָט געשילדערט די ווירקליבקייט, פֿלעגט ער זיך מיט איהם פֿרעהען. ער פֿלעגט זיך איבערהױפּט פֿרעהען מיט נייע אַמעריקאַנער טאַלאַנטען, און ער פֿלעגט זיי העלפֿען צוקומען צו דער עפֿענטליבקייט.

אײַן מאָל, ווען איך בין אַריינגעקומען אין דער קאַפֿע, וועלכע אונזערע גענאָסען פֿלעגען באַזוכען (אַ פֿאָר טריט פֿון אונזער רעדאַקציע), האָט דער אײַגענטימער, אונזערער אַ גענאָסע מיט'ן נאָמען גאָלדשטיין, מיר דערלאַנגט האָוועללם'עם אַ וויזיט-קאַרטע, מיט עטליכע ווערטער, וועלכע זיינען געווען אױפֿגעשריבען מיט אַ בליי-שטיפֿט:

24„איך האָב געוואָלט האָבען דעם פֿאַרגעניגען באַקאַנט צו ווערען מיט אייך".

גאָלדשטיין'ען האָט ער ערקלערט אַז איהם אינטערעסירט אונזער קוואַרטאַל, און אַז אַרומשפּאַצירענדיג דורך די אידישע גאַסען, האָט ער געהערט אַז עם איז פֿאַראַן אַ אידישע סאָציאַליסטישע צייטונג. אַלזאָ, וואָלט ער געוואָלט זיך באַגעגענען מיט איהר רעדאַקטאָר. ער איז געווען אין אונזער רעדאַקציע, אין 91 דעלענסי סטריט; ער האָט מיך אָבער ניט געפֿונען, און אימיצער האָט איהם געראַטען מיך צו זוכען אין דעם קאַפֿע.

די קאַרטעלע האָט מיך צורודערט. ווילליאַם דין האָוועללם וויל מיט מיר באַקאַנט ווערען!... אין מיין דאַמאָלסדיגער שטימונג איז דאָם געווען אַ העכסט אַנגענעמער סורפּריז.

איך האָב צו איהם גלייך געשריבען, און ער האָט מיך אײַנגעלאַדען צו זיך.

דער אַדרעם איז געווען אױף 17טער סטריט, צווישען דער צווייטער און דריטער עוועניו — דאָרטען וואו פֿון אײַן זייט געהט דער קליינער פּאַרק — אַ שעהנער ווינקעל, אַ שטילער און אַ בכבוד'ער. אין אַ נאָכמיטאָג בין איך אַהין אַריבערגאַנגען. די האַרץ האָט ביי מיר געקלאַפּט. איך געה צו האָוועללם'ן!

די הױז, וואו ער האָט געוואוינט, איז געווען אַ צוויי-עטאַזשיגער, ברױן-קאָלירטער פּריוואַט מױער'ל. עם האָט זיך געפֿיהלט אַ ציכטיגע פֿרישקייט און צו דער זעלבער צייט אַ שטאָלצע אַלטקייט, אַן אַמעריקאַנישע אײַנגעפֿונדעוועטקייט. איך האָב אַ ציה געטאָן אַ בליסטשענדיגען מעשענעם קנאָפּ פֿון אַ ניטעלעקטרישען גלעקעל. אַ פּריצישע דינסט האָט געעפֿענט די טיר.

איך האָב געפֿונען אַן אַמעריקאַנער מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און פֿופֿציג, ניט קיין הױכען, ניט קיין דאַרען, אַ גלאַט-אַרומגעגאָלטען, מיט פֿולע גראָהליכע וואָנצעם.

איך האָב אָנגעפֿאַנגען מיט אַ קורצער רעדע, וועלכע איך האָב צוגעפֿערטיגט אַפֿריהער. אַזױ אונגעפֿעהר:

— איך קען אייך ניט זאָגען, ווי אַנגענעהם מיר איז מיט

װיליאַם דין האָװעלס
װיליאַם דין האָװעלס
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 25)

25אייך באַקאַנט צו זיין. איך פֿיהל אַזױ ניט נאָר אַלם דער סאָציאַליסטישער רעדאַקטאָר, וועלכען איהר האָט באַעהרט מיט אייער באַזוך, נאָר אױך, און הױפּטזעכליך, אַלם אײַנער פֿון אייערע באַגייסטערטע לעזער און פֿאַרעהרער.

— איהר האָט געלייענט מיינע ווערק? — האָט ער געפֿרעגט, אין אַ טאָן פֿון איבעראַשונג.

— יעדע שורה וואָם איהר האָט געשריבען, — האָב איך געענטפֿערט.

ער האָט זיך אַביסעל פֿאַרשעמט און מיר באַקוקט, אַזױ ווי ער וואָלט ניט געגלױבט זיינע אױערען.

מיר האָבען זיך צורעדט. עם האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז לױט זיינע דאַמאָלסדיגע באַגריפֿען איז אַ סאָציאַליסטישער רעדאַקטאָר אַ מין „וואָקינג דעלעגאַט", אַן אַרבייטער-פֿיהרער פֿון דעם געוועהנליכען אַמעריקאַנער טיפּ. אַזעלכע מענשען האָבען פֿון ליטעראַטור קיין באַגריף ניט געהאַט, און פֿון ווערק ווי האָוועללם'עם אודאי ניט.

מיר האָבען גערעדט וועגען דער רוסישער ליטעראַטור, וועיגען דער ענגלישער, וועגען געוויסע פֿון זיינע ראָמאַנען, וועגען דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. פֿילעם וואָם ער האָט פֿון מיר געהערט איז פֿאַר איהם געווען אַ נייעם. ער האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט.

דאָם איז געווען אין 1892. ער איז באַלד אַוועקגעפֿאָהרען ערגעץ-וואו, און איידער איך האָב ווידער געהאַט אַ געלעגענהייט מיט איהם זיך צו טרעפֿען, איז אַוועק אַ היבשע צייט.

5
האָוועללם'עם „טרעוואָלער פֿראָם אַלטרוריא".

אין 1894, עטליכע מאָנאַטען נאָכדעם ווי איך האָב זיך אומגעקערט פֿון מיין דריטער רייזע קיין אײראָפּא, איז ערשינען אַ נייע ווערק האָוועללם'עם, אַ סאָציאַליסטישע פֿאַנטאַזיע מיט'ן נאָמען „אַ טרעוואָלער פֿראָם אַלטרוריא" (אַ רייזענדער פֿון אַ לאַנד, וועלכע הייסט אַלטרוריא, אַ מדינה וואו אַנשטאָט עגאָאיזם הערשט אַלטרואיזם: מענשען-ליבע, גלייכהייט און ברידערליבקייט—אַ סאָ26ציאַליסטישע געזעלשאַפֿט). פֿאַר מיר איז דאָם געווען אַן אונבאַשרייבליכע איבעראַשונג. ביז דער צייט, ווען איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען, אונגעפֿעהר מיט אַנדערהאַלבען יאָהר צוריק, האָבען זיינע ווערק קיין אײַנטערעם אין סאָציאַלע פֿראַגען ניט אַרױסגעוויזען. ער פֿלעגט באַשרייבען דעם לעבען פֿון די הױכע קרייזען און אַליין האָט ער געלעבט ווי אײַנער וואָם האָט געהערט צו דער זעלבער וועלט. איך האָב געזעהן אַז ער איז זעהר אַן איידעלער מענש. אין דעם געשפּרעך, וואָם איך האָב מיט איהם געהאַט, האָט ער וועגען אונזער באַוועגונג גערעדט ווי אַ זייטיגער בעאָבאַכטער, ווי אַ שריפֿטשטעלער וואָם אינטערעסירט זיך מיט איהר, פּשוט ווייל ער אינטערעסירט זיך מיט אַלץ אין דער וועלט. און דאָ פֿאַרטרױמט ער זיך גאָר וועגען אַן „אַלטרוריא"!

הגם די ערצעהלונג איז אַ פֿאַנטאַזיע, ענטהאַלט זי אָבער טאַלאַנטפֿול געשילדערטע סקיצען און טיפּען פֿון דער אַמעריקאַנער ווירקליבקייט.

ספּעציעל איז מיר געווען אינטערעסאַנט דער כאַראַקטער פֿון דעם קוואַל, פֿון וועלכען האָוועללם האָט זיין סאָציאַליזם געשעפּט. דער מאַן, וואָם האָט איהם באַקערט, איז געווען ניט קיין אַנדערער ווי דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען, ראָטהערפֿאָרד העים. העים, ווידער, האָט זיינע אידעאַליסטישע געדאַנקען באַקומען פֿון בעלאַמי'ס ראָמאַן „לוקינג בעקוואַרד". די פֿאַנטאַזיע האָט אױף העים'ן געמאַכט אַ שטאַרקען אײַנדרוק. ער האָט זיך פֿאַרטראַכט און איז געקומען צו דער איבערצייגונג, אַז די קאַפּיטאַליסטישע וועלט איז געבױט אױף אונגערעכטיגקייט, און אַז אמת'ע ציוויליזאַציע וואָלט מעגליך געווען נאָר דאַן, ווען עם וואָלט פֿאַרווירקליכט געוואָרען בעלאַמי'ס אידעאַל.*27איך האָב טיילען פֿון „אַ טרעוואָלער פֿראָם אַלטרוריא" איבערזעצט פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג", און אין דער הקדמה צו מיין איבערזעצונג האָב איך ערקלערט וואָם פֿאַר אַ פּלאַץ האָוועללם פֿאַרנעמט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

דאָם אַלץ האָט אַ שייכות צו מיין ווייטערע באַקאַנטשאַפֿט מיט האָוועללם'ן, וועלכער האָט אין מיין ליטעראַרישער קאַריערע געשפּילט אַ וויכטיגע ראָלע.

האָוועללם האָט דאַן געוואוינט אױף דער 59טער סטריט, צווישען 5טער און 6טער עוועניו, פּונקט אַנטקעגען סענטראַל פּאַרק. אױף דער 6טער עוועניו, אַ האַלבען בלאָק פֿון זיין וואוינונג, האָט זיך געפֿונען אַ סטאָר פֿון צייטונגען און סטיישאַנערי, און דער סטאָר-קיפּער איז געווען אַ אידישער יונגערמאַן. האָוועללם איז געווען זיינער אַ קאָסטאָמער און ער פֿלעגט ליב האָבען מיט איהם צו פֿאַרציהען אַ שמועם. ווען מיינע אַרטיקלען וועגען דעם „אַ טרעוואָלער פֿראָם אַלטרוריא" האָבען זיך גע*28דרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג", האָט דער ניוסדילער איהם געזאָגט דערפֿון, און האָט איהם פֿאָרגעלעזען אײַניגע שטעלען פֿון מיין אַרטיקעל וועגען דעם ווערק. האָוועללם האָט איהם געזאָגט אַז ער קען מיך, און אַז איך האָב אױף איהם געמאַכט אַ גוטען אײַנדרוק.

צו יענעם סטאָרקיפּער פֿלעגט אַריינקומען מיין ברודער און דורך איהם בין איך געוואָהר געוואָרען פֿון דעם שמועם.

6
„אַ פּראָוװידענשעל מעטש". — „צוויי שדוכים".

מיט אַ יאָהר שפּעטער האָב איך איבערגעאַרבייט „מאָטקע אַרבעל" אױף ענגליש. איך האָב דאָם אַ נאָמען געגעבען „אַ פּראָוװידענשעל מעטש" (אַ באַשערטער שידוך).

איך האָב דעם מאַנוסקריפּט אַוועקגעטראָגען צו דעם זשורנאַל „האַרפּער'ם מאָנטהלי". מען האָט מיר איהם אָבער אָפּגעשיקט צוריק. דאַן האָב איך איהם אַוועקגעטראָגען אין דער רעדאַקציע פֿון דעם זשורנאַל „שאָרט סטאָריס" (קורצע ערצעהלונגען), וועלכער האָט אָנגעהױבען צו ערשיינען מיט אַ קורצער צייט פֿריהער.

אין אַ וואָך אַרום האָב איך באַקומען אַ בריף, אַז די ערצעהלונג וועט געדרוקט ווערען, אַז דעם טשעק וועל איך באַקומען ווען זי וועט ערשיינען, און אַז דער רעדאַקטאָר וויל מיך זעהן.

די רעדאַקציע איז דאַן געווען אױף לאַפֿאַיעט פּליים, לעבען דער דאַמאָלסדיגער אַסטאָר ליברערי. איך בין געקומען. מיך האָט עמפּפֿאַנגען אַ הױכער, שלאַנקער, יונגער אַמעריקאַנער — דער רעדאַקטאָר. ער האָט מיר פֿאָרגעשלאָגען צו שרייבען נאָך ערצעהלונגען.

איך בין געווען אױפֿ'ן זיבעטען הימעל.

— מיר קאָנען אייך אָבער נאָר צאָהלען צוואַנציג דאָלאַר — האָט ער געזאָגט.

איך האָב צוגעשטימט. ווען ער וואָלט מיר פֿאָרגעלייגט פֿינף דאָלאַר, וואָלט איך אױך צוגעשטימט.

איך האָב געטראַכט וועגען שרייבען בעלעטריסטיק נאָר אױף29ענגליש. דער באַגעהר צו שאַפֿען עפּעם איז אין מיר אָבער געווען אַזױ גרױם, אַז איידער דער „באַשערטער שידוך" איז געווען אָפּגעדרוקט אין „שאָרט סטאָריס", האָב איך גענומען שרייבען אַ נייע ערצעהלונג אױף אידיש פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג". דאָם איז געווען אַ לענגערע זאַך, אונטער'ן נאָמען „די צוויי שדוכים". זי האָט זיך אָנגעפֿאַנגען צו דרוקען דעם 14טען יאַנואַר, 1895, און איז געגאַנגען אין אַכט נומערען, דאָם הייסט, אַכט וואָכען.

7
האָוועללם פֿאַראינטערעסירט זיך.

מיין ענגלישע ערצעהלונג איז ערשינען אין „שאָרט סטאָריס" פֿון פֿעברואַר, 1895 (ווען „די צוויי שדוכים" האָט זיך געהאַלטען אין דרוקען). אײַן מאָל, ווען האָוועללם'עם פֿרױ איז געשטאַנען אױף אַן עלעוויטער סטיישאָן, וואָרטענדיג אױף אַ צוג, האָט זי איבערגעקוקט די טאָוואָלען פֿון די פֿאַרשידענע זשורנאַלען און האָט דערזעהן מיין נאָמען אױף די „שאָרט סטאָריס". זי האָט דעם נאָמען געהערט פֿון איהר מאַן; האָט זי געקױפֿט דעם נומער און איהם געבראַכט אַהיים.

האָוועללם האָט איבערגעלעזען די ערצעהלונג, און ווען ער איז געווען אױפֿ'ן גאַם, איז ער אַריינגעגאַנגען אין דער דערמאָנטער סטיישאָנערי סטאָר און האָט געבעטען דעם סטאָר-קיפּער מיר איבערצוגעבען אַז ער וויל מיך זעהן און וועט מיר שרייבען. אין אַ פֿאָר טעג אַרום האָב איך פֿון איהם באַקומען אַן אײַנלאַדונג צו קומען צו איהם אױף טהיי אין אַ נאָכמיטאָג.

ווען איך האָב איהם באַזוכט, האָט ער צו מיר געזאָגט:

„איך האָב איבערגעלעזען אייער ערצעהלונג אין די „שאָרט סטאָריס". עם איז נאַטירליך ניט קיין ערנסטע זאַך. זי איבערצייגט מיר אָבער, אַז איהר דאַרפֿט שרייבען. עם איז אייער פֿליכט צו שרייבען".

ווען איך האָב ענליכע ווערטער געהערט פֿון זשוק'ן, האָט זיך ביי מיר דער קאָפּ פֿאַרדרעהט. היינט קען מען זיך שױן פֿאָרשטעלען וואָם פֿאַר אַ ווירקונג אױף מיר האָט געהאַט דער קאָמפּלימענט פֿון דעם „דין פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור".

30איך האָב דאַן אָקאָרשט געענדיגט אַ צווייטע ערצעהלונג פֿאַר די „שאָרט סטאָריס", — אַ מעשה'לע וואָם קומט פֿאָר אין אַ ניויאָרקער סוועט-שאַפּ, און וועלכע איך האָב אַ נאָמען געגעבען „ע סוועט-שאַפּ ראָמענס". דיזע ערצעהלונג איז ערשינען אין דעם נומער פֿון יוני, 1895.

די דרייי ערצעהלונגען — די צוויי ענגלישע און די אידישע — האָב איך אין האַנט ניט געהאַלטען אײַן-און-דרייסיג יאָהר. איך האָב זיי ווידער געלעזען אין 1926. אין סך הכל איז דאָם לעזען פֿאַר מיר געווען אַן אינטערעסאַנטע ערפֿאַהרונג.

„די צוויי שדוכים", וועלכע איז פֿיל לענגער ווי די אַנדערע צוויי, איז די וויכטיגסטע און בעסטע פֿון די דרייי. עם איז גאָר ניט צו פֿאַרגלייכען. בלױז איהר שלום איז אַ שוואַכער. (דאַן האָט זיך שױן געהאַנדעלט וועגען מיין אַוועקגעהן פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", וואו די ערצעהלונג האָט זיך געדרוקט פֿון וואָך צו וואָך. אַלזאָ, האָב איך די זאַך פֿאַרענדיגט אין אײַלעניש, אױף אַ „טאַנדעטנעם" שטייגער.)

נאָך אַ זאַך געפֿעלט מיר איצט אין דער ערצעהלונג ניט: איהר האַלב-הומאָריסטישער טאָן. דאָם איז מייסטענס אַ ביליגער טאָן. ווייטער אָבער וואָלט איך אַזאַ סקיצע מיט פֿאַרגעניגען געדרוקט היינט אױך. איך גלױב, אַז די פּערזאָנען זיינען לעבעדיגע, וואולטע; די באַציהונגען צווישען זיי, די געשפּרעכען און דער גייסט וועלכער פֿיהלט זיך אַרום זיי — אַלץ איז נאַטירליך און פֿול מיט לעבען. אַזאַ אײַנדרוק מאַכט זי היינט אױף מיר, ווייניגסטענם. ווען זי איז געגאַנגען אין דער „אַרבייטער ציייטונג", האָבען זיך געהערט וואַרימע שבחים וועגען איהר.

די „פּראָוװידענשעל מעטש" איז די שוואַכסטע, הגם אױף ענגליש איז זי אַרױסגעקומען בעסער ווי אױף אידיש. אַלם רעדאַקטאָר, וואָלט איך איהר היינט צום דרוקען ניט אָנגענומען. וואָם אַנבאַטרעפֿט די ערצעהלונג „ע סוועט שאַפּ ראָמענס", איז זי טיילווייז מיר היינט צופֿרידענשטעלענד און טיילווייז אַבסאָלוט ניט. די שילדערונג פֿון דער סוועט-שאַפּ מיט די עטליכע אַרבייטער איז פֿול מיט לעבען, גלױב איך. די מעשה ענדיגט זיך אָבער ווי אַלע מעשיות וואָם ווערען געדרוקט אין די אַמע31ריקאַנער זשורנאַלען. פּונקט אין דער מינוט ווען דער פֿאַרליבטער יונגערמאַן קומט צו צו דער טיר וואו זיין געליבטע וואוינט, הערט ער אַ בראַזג אין טיר. עם איז אַ תּנאים. די כלה איז קיין אַנדערע, ווי די מיידעל אין וועלכער ער איז פֿאַרליבט, און גראָד אין דער מינוט ווען ער קלייבט זיך צו עפֿענען די טיר, צוברעכט מען אַ טעלער, און זיין געליבטע ווערט פֿאַרלאָבט צו זיין קאָנקורענט.

ווי אַזױ אַזאַ קינדערשער שלום איז מיר אַריינגעפֿאַלען אין מוח, קען איך ניט פֿאַרשטעהן. איך זעה דאָ די אײַנפֿלוסען פֿון צוויי פֿאַרשידענע ליטעראַטור-וועלטען אין אײַנעם: פֿון דער גאַנגבאַרער אַמעריקאַנער ליטעראַטור און פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 26] אַז אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען זאָל סימפּאַטיזירען מיט סאָציאַליסטישע געדאַנקען, איז געווען כמעט אַן אונגלױביגע ערשיינונג. איך האָב זיך געפֿרייט, אָבער אין דעם וויין פֿון מיין שמחה איז געלעגען אַ פֿליג. העים איז געוואָרען פּרעזידענט ניט האָבענדיג קיין רעכט דערצו. זיין עלעקשאָן איז פֿאָרגעקומען אין 1876. ער איז געווען דער קאַנ דידאַט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. די דעמאָקראַטען האָבען געטענה'ט, אַז אין אמת'ען איז ערוויילט געוואָרען זייער קאַנדידאַט — סעמיועל טילדען. דער וואַשינגטאָנער קאָנגרעם האָט אָנגעשטעלט אַ קאָמיסיע צו מאַכען אַן אונטערזוכונג, אָבער די רעפּובליקאַנער אין דער קאָמיסיע האָבען געהאַט אַ מאַיאָריטעט, און דער סוף איז געווען, אַז מען האָט גע'פסל'ט מאַסען דעמאָקראַטישע וואָוטם אין פֿיר שטאַאַטען, און העים איז ערקלערט געוואָרען פּרעזידענט. די דעמאָקראַטען האָבען ניט אױפֿגעהערט צו פּראָטעסטירען און צו באַשולדיגען די רעפּובליקאַנער אין שווינדעל. העים'עם טערמין אַלם פּרעזידענט האָט זיך געענדיגט אין 1881. ווען איך בין געקומען קיין אַמעריקא — מיט אַ יאָר שפּעטער — האָט די „ניו יאָרק סאָן", וועלכע איז דאַן געווען אַ דעמאָקראַטישע צייטונג, קיינמאָל ניט דערמאָנט דעם נאָמען ראָטהערפֿאָרד העים אָהן די ווערטער „פּראָדיולענט פּרעזידענט" (שווינדעל פּרעזידענט). מען דאַרף באַמערקען, אַז דער וואָרט „שווינדעל" איז דאָ שייך צו די פֿיהרער פֿון די רעפּובליקאַנישע פּאָליטישענס, און ניט צו העים'ן פּערזענליך. פּערזענליך איז ער געווען אַ הױך-אַנשטענדיגער מענש. דאָך האָט דער אױסדרוק „שווינדעל פּרעזידענט" מיר איצט שטאַרק געערגערט. אַז עם מאַכט זיך שױן יאָ אַזאַ גליק, אַז אַן עקס-פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען זאָל גלױבען אין אונזער אידעאַל, דאַרף ער גראָד האָבען אַזאַ פֿלעק אױף זיך!