32אין דעם ערשטען באַנד איז דערמאָנט געוואָרען אַז עס איז ערשינען מיין ראָמאַן „יעקל". דאָ וועל איך דערצעהלען די אײנצעלהייטען.
האָוועללס'עם פֿריינדליכע ווערטער זיינען צו מיר געקומען אין דער צייט, ווען איך בין געווען נידערגעשלאָגען פֿון אונזער מאַכטלאָזען קאַמף געגען דעם דעליאַניזם און פֿון דער שטיצע וואָס ער האָט באַקומען פֿון דער „קליקע". האָוועללס'עם מוט-געבענדע ווערטער זיינען געווען אַ ווילקאָמענער זאַלב צו מיינע שמערצען.
איך האָב זיך גלייך גענומען צו דער אַרבייט. איך האָב צוזאַמענגעשטעלט אַ ליסט פֿון עטליכע טהעמאַס וואָס זיינען מיר אַריינגעקומען אין געדאַנק. און האָב זיך באַראָטען מיט פֿאַלדינג'ן. פֿון מיינע עטליכע סיוזשעטען איז איהם אַממערסטען געפֿעלען געוואָרען דער פֿאָלגענדער:
יאַנקעל, אַ יונגער אידישער אימיגראַנט, אַ שמיד פֿון דער היים, ווערט באַצויבערט פֿון דעם אַמעריקאַנער לעבען. ער ווערט אַן „אַמעריקאַנער" לויט זיין באַגריף פֿון דעם וואָרט. ער איז אַ געזונטער, שעהנער יונג, און פֿון איהם שפּראָצט אַרױס אַ שטיקעל פֿרייז-פֿייטער, און אַ העלד אין די דענסינג-סקולס. אין אַ ליטוויישער שטעדטעל האָט ער איבערגעלאָזען אַ פֿרױ מיט אַ קינד. די דריי יאָהר וואָס ער איז דאָ אָפּגעוועזען אַליין, איז זיין לעבען געווען רייך אין נייע אײנדריקע, נייע ערפֿאַהרונגען. ער פֿיהלט33זיך גאָר ניט ווי דער יאַנקעל פֿון זיין אַלטער היים. אין דעם לעבען פֿון גיטעל, זיין ווייב, ווידער, זיינען אין די דריי יאָהר ניט פֿאָרגעקומען קיינע גרױסע נייעסען. זי איז די פֿאַרצייטיגע ווייבעל פֿון אַ שמיד אין אַ פֿאַרוואָרפֿענער, אָפּגעשטאַנענער אידישער שטעדטעל, די זעלבע ווי ער האָט איהר איבערגעלאָזען.
אין די טאַנץ-קלאַסען פֿאַרליבט זיך אין יאַנקעלן אַ אידישע מיידעל מיט'ן נאָמען מיימי. פֿון דער היים קומט איהם אַן אַ בריף, אַז זיין פֿאַטער איז געשטאָרבען, און טיילווייז פֿון אַבערגלױבען (ער האָט מורא אַז זיין פֿאַטער וועט איהם קומען שטיקען פֿאַר זיינע זינד), טיילווייז ווייל גיטעל און דאָס קינד האָבען ניט וואו צו זיין, מוז ער זיי אַראָפּברענגען קיין אַמעריקא. די געלט דערצו באַרגט ער ביי מיימי'ן. ווען גיטעל קומט אַריבער, פֿיהלט זיך דער תהום וואָס די דריי יאָהר האָבען געשאַפֿען צווישען זיי. אין דער היים האָט ער גיטעלן געליבט, דאָ קאָן ער די „גרינע" ניט פֿאַרטראָגען — צוליב דעם דאָזיגען תהום, און צוליב מיימי'ן. איצט פֿיהלט ער ספּעציעל אַז מיימי איז איהם טייער. זי איז איהם נעהענטער ווי גיטעל, יעדענפֿאַלס. עס ענטוויקעלט זיך אַ רייהע סצענעס צווישען זיי. עס ענדיגט זיך מיט אַ גט.
די טהעמאַ האָט פֿאָרגעשטעלט אַ כאַראַקטעריסטישע סיטואַציע אין דעם לעבען פֿון אונזערע אימיגראַנטען. דער אידישער קוואָרטאַל איז געווען פֿול מיט „יעקלס", וועלכע זיינען אין דריי יאָהר אָפּגעפֿרעמדט געוואָרען פֿון זייערע „גיטעלס".
איך האָב זיך גענומען שרייבען די ערצעהלונג. מיין קוואַרטיר איז דאַן געווען אױף דער 6-טער סטריט, אױף אַ קאָרנער פֿון אַן „עלי", אַ קלייניניקע געסעלע, לעבען דער דריטער עוועניו. איך פֿלעג מײסטענס שרייבען ביינאַכט, וואָרים איך האָב זיך דאַן געפֿונען אין מיטען פֿון אונזער קאַמף מיט דער „פּאָבלישינג אַסאָסיאיישאָן", און די טעג מיט די אָוונטען האָב איך פֿאַרבראַכט אױף מיטינגען, קאָנפֿערענצען, אין שמועס'ען, דיסקוסיאָנען.
עס איז אַרױסגעקומען אַ קורצער ראָמאַן — עטליכע און דרייסיג טױזענד ווערטער.
געבען איבערשרייבען אױף אַ טייפּרייטער איז דאַן פֿאַר מיר34געווען אַ צו גרױסער לוקסוס. איך האָב איבערגעשריבען אַליין — מיט טינט און פּעדער, מיט קלאָרע בוכשטאַבען, אױף קורצע בױגעלעך גוטע, גלאַטע פּאַפּיר. טאָמער איז אױף אַ פֿיידזש געווען אַ פּאָר ענדערונגען, און זי האָט ניט אױסגעזעהן ריין און נעט, האָב איך איהר אין גאַנצען איבערגעשריבען.
ווען אַלץ איז פֿאַרטיג געוואָרען, האָב איך דעם מאַנוסקריפֿט געבראַכט צו פֿאַלדינג'ן און איהם געבעטען איבערלעזען.
— איך האָב זיך ניט געקענט אָפּרייסען לעזענדיג — האָט ער געזאָגט, ווען איך האָב איהם באַזוכט אַ פּאָר טעג שפּעטער.
פֿאַלדינג האָט דעם כאַראַקטער פֿון אַן עכטען אַמעריקאַנער. ער רעדט ניט צופֿיל, און ווען ער זאָגט עפּעס, זיינען די ווערטער ביי איהם געוואױגען און געמאָסטען. וועגען מיין ערצעהלונג אָבער האָט ער גערעדט מיט באַגייסטערונג.
איך האָב דעם מאַנוסקריפֿט אַוועקגעטראָגען צו האָוועללס'ן. אין עטליבע טעג אַרום האָב איך פֿון איהם באַקומען אַ בריף: „איך האָב איבערגעלעזען אייער ראָמאַן, קומט צו דינער, וועלען מיר ריידען וועגען איהם".
ער האָט מיך עמפֿאַנגען מיט אַ וואַרימען ווילקאָמען. אין זיין קאַבינעט איז דאָס געווען.
— וועלל, עס איז אַ גלענצענדע זאַך! — האָט ער געזאָגט אין אַן ערנסטען טאָן. — עס פֿרעהט מיך זעהר.
ביים דינער איז געווען זיין פֿרױ און זייער אײנציגע טאָכטער. (ער האָט אױך געהאַט אַ זוהן, אַ פֿאַרהייראַטען.) אין הױז האָט אַלץ אױסגעזעהן „פּריציש", אױפֿ'ן אַמעריקאַנער שטייגער, און עס האָט זיך געפֿיהלט די פֿערפֿום פֿון גייסטיגע אַדעליגקייט. מרס. האָוועללס האָט זיך געהאַלטען מיט אַמעריקאַנישע צירליך-מאַנירליכקייט, אָבער מיט אַמעריקאַנישען טאַקט און מיט אמת'ע גאַסטפֿריינדליכקייט. ווען די הענט זיינען ביי איהר ניט געווען פֿאַרנומען, האָט זי זיי געהאַלטען צונױפֿגעלייגט און צונע35דריקט צום האַרצען, אַזױ ווי עס וואָלט איהר געווען קאַלט און זי וואָלט זיך געטוליעט.
ביים טיש האָט זי, צווישען אַנדערע זאַכען, דערצעהלט ווי, זייענדיג אין בערלין, האָט זי אַמאָל אין אַ טראַמוויי געזעהן אַ דאַרע אַמעריקאַנישע פֿרױ, וועלכע האָט געטראָגען אַ קליינעם שאַל אַרום זיך.
— זי איז געזעסען גלייך ווי אַ סטרונע, און האָט זיך געטוליעט אין איהר שאַלעכעל — האָט זי געזאָגט, פֿאַרשטעלענדיג דאָס מיט איהרע באַוועגונגען, — איך האָב זיך גלייך געקלערט, אַז זי איז פֿון באָסטאָן. נאָר אַ באָסטאָנערין זיצט אַזױ אין איהר שאַלעכעל. און עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז איך האָב געטראָפֿען.
ווען מיסעס האָוועללס האָט דאָס דערצעהלט, האָב איך זיך געטראַכט, אַז זי אַליין זיצט פּונקט ווי יענע אַמעריקאַנישע פֿרױ, וואָס זי האָט באַגעגענט אין בערלין.
זייער טאָכטער, מילדרעד האָוועללס, וועלכע האָט אױך געשריבען, האָט נאָר פֿון צייט-צו-צייט אַריינגעוואָרפֿען אַ באַמערקונג.
צוערשט בין איך געזעסען ווי אַ געבונדענער. פֿון דעם אָבער האָט זייער גאַסטפֿריינדליכקייט מיך באַלד באַפֿרייט. איך האָב זיך גענומען פֿיהלען אַזױ ווי ביי גוטע, אַלטע באַקאַנטע.
ביים טיש האָבען מיר געשמועסט וועגען געשמאַק און וועלטליכע זאַכען, און אַביסעל וועגען ליטעראַטור, וועגען די רוסישע שריפֿטשטעלער, און וועגען סאָציאַליזם. איך געדענק אַ שפּאַסיגע באַמערקונג, וואָס האָוועללס האָט דאַן געמאַכט:
— איהר, מאַרקסיסטען, רעדט אימער וועגען עקאָנאָמישע אינטערעסען אַלס דער פֿונדאַמענט פֿון אַלץ, וואָס ווערט געטאָן אױף דער וועלט. נו, אַ מאַן מיט אַ פֿרױ האָבען די זעלבע עקאָנאָמישע אינטערעסען. דעריבער האָט מיסעס האָוועללס אַ גרױסען אינטערעס אין אַלץ וואָס איך שרייב. און טאָמער געפֿעלט איהר עפּעס ניט, רייסט זי דאָס באַרמלאָז אַרונטער — האָט ער36געענדיגט מיט אַ פֿרעהליכען שמייכעל. — מיסעס האָוועללס איז מיין שטרענגסטער קריטיקער.
וועגען מיין מאַנוסקריפֿט האָט ער ביים טיש דערמאָנט נאָר פֿאַרבייגעהענדיג, מיט אַ לייכטען קאָמפּלימענט. און דערביי האָט זיין פֿרױ מוטערליך צוגעשמייכעלט צו מיר, אַזױ ווי זי וואָלט זיך געפֿרעהט מיט דעם פֿאַקט, אַז זי האָט מיך „ענטדעקט" — אַזאַ אױסדרוק האָט דער דאָזיגער שמייכעל געהאַט.
ערשט נאָך דינער, ווען מיר האָבען זיך אומגעקערט אין זיין קאַבינעט, איך און ער, און מען האָט אונז דאָרטען געבראַכט קאַפֿע, האָט ער גענומען ריידען וועגען מיין ראָמאַן. איך געדענק ניט די ווערטער. איך געדענק נאָר, אַז פֿון זיינע רייד איז דורך מיין בלוט דורכגעגאַנגען אַ וואַרימקייט. איך האָב זיך פֿאַרשעמט און ניט געקענט זאָגען קיין וואָרט. מיט לױב-ווערטער האָט ער אָנגעוויזען אױף פֿאַרשידענע סצענעס, אױף דער פֿערזאָן, אױף יענער. ער האָט כמעט געדענקט יעדע שורה פֿון דעם ראָמאַן. ער האָט אױסגעדריקט פֿרייד, וואָס „די אַמעריקאַנער ליטעראַטור האָט צוגעקראָגען אַ וויכטיגע קראַפֿט", ווי ער האָט זיך אױסגעדריקט, און ווי מיר וועלען זעהן, האָט ער דערנאָך אין אַן אַרטיקעל דאָס זעלבע אַרױסגעזאָגט נאָך אין אַ שטאַרקערער פֿאָרמע.
ער האָט מיר אָבער גערֿאַטען צו ענדערען דעם נאַמען. מיין טיטול איז געווען „יאַנקעל די יענקי", און דאָס איז איהם ניט געפֿעלען געווען. דער צוזאַמענקלאַנג פֿון „יאַנקעל" און „יענקי" האָט אױף איהם געמאַכט אַן אײנדרוק אַזױ ווי דאָס וואָלט געווען ספּעציעל צוגעטראַכט.
— דאָס פּאַסט פֿאַר אַ וואָדעוויל, אָבער ניט פֿאַר אַזאַ ערצעהלונג ווי אייערע — האָט ער ערקלערט.
איך האָב גענומען אױסרעכענען אַנדערע אידישע נעמען. ווען ער האָט דערהערט „יעקל", האָט ער געזאָגט, אַז דאָס וועט קלינגען גוט. ניט „יעקל דער יענקי", נאָר אײנפֿאַך „יעקל". און אַזױ איז דאָס געבליבען. איך האָב אַלזאָ געהאַט איבערצומאַכען דעם נאַמען אין דער גאַנצער ערצעהלונג.
37פֿאַר'ן אַוועקגעהן האָב איך געוואָלט מיטנעמען מיין מאַנוסקריפֿט. ער האָט אָבער ניט געלאָזען. ער האָט ערקלערט, אַז ער וועט דאָס רעקאָמענדירען צו רעדאַקטאָרען פֿון באַקאַנטע זשורנאַלען, און אַז זוכען אַ פֿירמע, וואָס זאָל דעם ראָמאַן דרוקען אַלס אַ בוך, וועט זיין דער נעקסטער שריט.
— איך גלױב אָבער, אַז דאָס וועט ניט לייכט אָנקומען — האָט ער געזאָגט. — אונזערע רעדאַקטאָרען האָבען זיך זייערע באַגריפֿע וועגען ליטעראַטור. מען קען זיי ניט באַשולדיגען. זיי מוזען האָבען אין זינען דעם לעזע-פּובליקום, און דער געשמאַק פֿון דעם גרױסען עולם איז ניט דער זעלבער ווי אייערער אדער מיינער.
איך האָב זיך שױן געהאַלטען אין זעגענען מיט איהם; ער האָט מיך אָבער פֿאַרהאַלטען.
— וואַרט, איך וויל אייך עפּעס ווייזען — האָט ער געזאָגט.
ער איז צוגעגאַנגען צו אַ שעהן-געשניצטען ביורא און האָט פֿון אַ שופֿלאָד אַרױסגענומען אַ בריף. דאָס איז געווען פֿון טורגעניעוו'ן צו איהם. טורגעניעוו האָט געלױבט האָוועללס'עס אַ ווערק וואָס ער האָט געלעזען, און גערעדט פֿריינדליך וועגען זייער באַגעגעניש. דער בריף איז געווען געשריבען אין אַן אױסגעצייכענטען ענגליש; נאָר אײן וואָרט — „פֿיזיאָנאָמיע" — איז אין איהם געווען געברױכט ניט אױף אַן ענגלישען שטייגער.
האָוועללס האָט מיר דאַן דערצעהלט ווי אַזױ ער האָט זיך מיט טורגעניעוו'ן געטראָפֿען אין פּאַריז, און ווי ער האָט מיט איהם זיך קאָרעספּאָנדירט. ער איז געווען זעהר שטאָלץ מיט דעם בריף.
האָוועללס'עס ראָמאַנען פֿלעגען זיך דאַן דרוקען אין „האַרפּער'ס מאָנטהלי". צו דער זעלבער צייט פֿלעגט ער שרייבען זיינע פֿעליעטאָנען אין „האַרפּער'ס וויקלי". דער רעדאַקטאָר פֿון „האַרפּער'ס וויקלי" איז דאַן געווען אַ זשורנאַליסט מיט'ן נאַמען38נעלסאָן. האָט האָוועללס איהם איבערגעגעבען מיין מאַנוסקריפֿט. אין דריי טעג אַרום האָט נעלסאָן דעם מאַנוסקריפֿט אָפּגעשיקט צו מיר אין שטוב, מיט אַ ספּעציעלען שליח, און צוזאַמען מיט דעם האָט ער מיר געשיקט אַ בריף, וואו עס איז געווען ערקלערט פֿאַרוואָס ער קען דאָס ניט דרוקען. דער עיקר איז באַשטאַנען אין דעם, אַז דאָס לעבען אױף דער אידישער איסט-סייד וועט דעם אַמעריקאַנער לעזער ניט אינטערעסירען.
איך האָב דעם בריף געוויזען האָוועללס'ן. ער האָט איהם איבערגעקוקט און מיט אַ טרױעריגען שמייכעל אַ מאַך געטאָן מיט'ן האַנט.
„פּונקט ווי איך האָב אייך געזאָגט, נעלסאָן איז אַ וואױלער מענש; ער איז אָבער אַ רעדאַקטאָר און ער זוכט דאָס בעסטע פֿאַר זיין וואָכען-שריפֿט ווי ער פֿאַרשטעהט עס. עס איז ניט קיין פֿראַגע פֿון ליטעראַרישען ווערט; עס איז נאָר אַ פֿראַגע פֿון ערפֿאָלג ביי די לעזער".
האָוועללס האָט דעם מאַנוסקריפֿט אַוועקגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון אַן אנדער זשורנאַל, איך געדענק ניט דעם נאַמען; איך געדענק נאָר, אַז די הױפּט דעה האָט דאָרטען געהאַט אַ פֿרױ. זי האָט דעם מאַנוסקריפֿט אױך אָפּגעשיקט צוריק, — ניט צו מיר, נאָר צו האָוועללס'ן; און ער האָט מיר געוויזען דעם בריף וואָס זי האָט איהם געשריבען. זי האָט גערעדט גאַנץ אָפֿען:
„איהר ווייסט דאָך, ליבער מיסטער האָוועללס, אונזערע לעזער און לעזערינס ווילען האָבען אַ ראָמאַן וועגען רייך-געקליידעטע קאַוואַליערען און דאַמען, אַ ליבע וואָס ענטוויקעלט זיך ביי זיי אױף די פֿעלדער, בשעת זיי שפּילען גאָלף. ווי אַזױ קען זיי אינטערעסירען אַ ראָמאַן וועגען אַ אידישען אימיגראַנט, אַ שמיד, וואָס איז דאָ געוואָרען אַ שניידער, און וועמען עס ווערט מיאוס זיין אונוויסענדע פֿרױ?"
דאַן האָט ער דעם מאַנוסקריפֿט אַוועקגעשיקט צו „מעקליור'ס מעגעזין". דיזען מאָל בין איך אַליין געגאַנגען נאָך אַן ענטפֿער. מיך האָט אױפֿגענומען אַ מאַן מיט'ן נאָמען פֿיליפּס, וועלכער איז געווען אַ פּאַרטנער אין די ביזנעס און אייגענטליך דער אמת'ער39רעדאַקטאָר, וואָרים מעקליור איז דאַן מייסטענס אַרומגעפֿאָהרען.
מיר האָבען געהאַט אַ גאַנצע דעבאַטע וועגען ליטעראַטור אין אַלגעמיין און הױפּטזעכליך וועגען מיין ראָמאַן, נאַטירליך. זיין מענה האָט מיר דאַן געקלונגען זאָנדערבאַר, נאָר היינט פֿאַרשטעה איך איהר אַנדערש.
— „איהר שילדערט בלױז אידען — האָט ער געזאָגט. — דער וואָס וועט לעזען אייער ראָמאַן וועט קענען מיינען אַז אין אַמעריקא זיינען קיין אַנדערע מענשען ווי אידען ניטאָ".
ווען איך דערמאָן זיך די דאָזיגע ווערטער, גלױב איך אַז זייער אמת'ער מיין איז געווען, אַז אַ ראָמאַן, וואו די פֿערזאָנען זיינען אידען, וועט מען ניט וועלען לעזען.
זיין צווייטער פּונקט איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
קונסט דאַרף זיין באַשעפֿטיגט מיט שעהנע זאַכען, און אין מיין ראָמאַן ווערען פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שעהנע זאַכען: אַ דענסינג-סקול אױף דער אָרימער איסט-סייד, אַן אונוויסענדע מענשען, אַ מאַן וואָס איז ניט טריי זיין פֿרױ. וואָס פֿאַר אַ שייכות האָט דאָס צו קונסט?
איך האָב איהם געבראַכט בייישפּילען פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואו אין די שעהנסטע ווערק ווערט געשילדערט דאָס לעבען פֿון אָרימע, ניט-געוואַשענע פּױערים.
— אָ, אָבער אַרום די פּױערים ציהען זיך שעהנע לאַנדקעם, פּרעכטיגע פֿעלדער און וועלדער! — האָט ער אַרגומענטירט.
— גלױבט איהר אַז אַ בלום איז שעהנער ווי אַ שעהנע פּױער נשמה? — האָב איך געענטפֿערט.
— האָט דען אייער יעקל אַ שעהנע נשמה?
אַזױ אונגעפֿעהר איז אָנגעגאַנגען אונזער וכוח.
ער האָט געפֿרופֿט מיר צוגעבען קוראַזש. ער האָט געזאָגט, אַז איך האָב טאַלאַנט און ער האָט מיר גערֿאַטען דעם טאַלאַנט צו געברױכען אױף קונסט, דאָס הייסט, דאָס איך זאָל שרייבען וועגען „שעהנע זאַכען".
קורץ — איך האָב דעם מאַנוסקריפֿט באַקומען צוריק. „שאָרט סטאָריס" זיינען געווען אױסגעשלאָסען. דיזער זשור40נאַל האָט נאָר געדרוקט קורצע זאַכען, יעדע זאַך אין אײן נומער, אָהן פֿאָרטזעצונגען.
פֿון די אַלע בריף און ערקלערונגען בין איך ערשטוינט געוואָרען און אַראָפּגעפֿאַלען ביי זיך. הױפּטזעכליך האָט מיין מוט ביי מיר צושטערט דער שמועס מיט פֿיליפּס'ן, וועלכער האָט געפֿרופֿט מיר צוגעבען מוט.
— ער רעדט דאָך ווי אַ ווילדער, — האָב איך דערנאָך זיך באַקלאָגט פֿאַר האָוועללס'ן. — אין רוסלאַנד וואָלט אַזאַ רעדאַקטאָר אונמעגליך געווען.
האָוועללס האָט פֿרעהליך געלאַכט און מיך געטרייסט. ער האָט גערעדט וועגען די ספּעציעלע אומשטענדען, אונטער וועלכע עס עקזיסטירען אַמעריקאַנער זשורנאַלען, וועגען דער גרױסער סירקיוליישאָן וואָס זיי דאַרפֿען דאָ האָבען, א. ז. וו., א. ז. וו. מיין קלאַגע איז פֿאַר איהם קיין נייעם ניט געווען, וואָרים פֿון די אונגינסטיגע באַדינגונגען, אונטער וועלכע מען האָט אין אַמעריקא געשריבען און געדרוקט בעלעטריסטיק, האָט ער אַליין אױך גענוג געליטען. הגם ער האָט געהאַט דעם גרעסטען נאַמען, האָבען זיך שונד-ראָמאַנען פֿאַרקױפֿט אַ סך בעסער ווי זיינע בעסטע ווערק, און די קריטיקען וואָס פֿלעגען געשריבען ווערען אױף זיינע שריפֿטען פֿלעגען גענוג ווייזען, אַז די קריטיקער האָבען גאַנץ רװיהע באַגריפֿען וועגען ליטעראַטור. די זשורנאַלען, וואו זיינע ראָמאַנען האָבען זיך געדרוקט, האָבען איהם געצאָהלט אַ גרױסען האָנאָראַר, ווייל זיין נאַמען איז געווען אַ צירונג פֿאַר זיי. ווען זיינע אַ ווערק איז אָבער אָפּגעדרוקט געוואָרען אַלס אַ בוך, פֿלעגט דער ערפֿאָלג מייסטענס זיין ניט קיין גרױסער. דער עולם האָט געוואָלט האָבען סענסאַציאָנעלע ראָמאַנטישע מעשיות מיט אַ סך „האַנדלונג" און מיט אַ גליקליכען סוף, און אַ מאַיאָריטעט פֿון די קריטיקער האָט דיזען געשמאַק אונטערשטיצט.
פֿיליפּס'עס ווערטער האָבען מיך עראינערט אָן געוויסע אײַנדריקע, וועלכע איך האָב באַקומען ווען דער באַרימטער רוסישער מאָהלער ווערעשטשאַגין האָט דאָ געמאַכט אַן אױסשטעלונג פֿון זיינע מלחמה בילדער (זעה צווייטען באַנד, זייטעם 424-428).
אין די אַמעריקאַנער צייטונגען האָב איך געפֿונען אַ שאַרפֿע קרי41טיק פֿאַרוואָס ער באַשעפֿטיגט זיך מיט שמערצליכע זאַכען. קונסט איז פֿאַרבונדען מיט עסטעטיק, האָבען די מבינים ערקלערט, און עסטעטיק באַשעפֿטיגט זיך מיט שעהנקייט, מיט געגענשטאַנדען וואָס פֿאַרשאַפֿען פֿאַרגעניגען. קונסט, אַלזאָ, מוז פֿאַרשאַפֿען פֿאַרגעניגען, ניט קיין יסורים. ווערעשטשאַגין'ס בילדער אָבער פֿאַרשאַפֿען נאָר יסורים. וואָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגען קען מען האָבען ווען מען קוקט אױף אַ מאַסע פֿאַרוואונדעטע סאָלדאַטען, מיט אָפּגעשאָסענע הענט אָדער פֿיס, מיט פֿאַרבאַנדאַזשירטע וואואונדען, פֿון וועלכע די בלוט נעצט דורך די ליווענט? עס פֿאַרדריקט דאָס האַרץ. אַלזאָ, איז דאָס אַ פֿאַרברעכען געגען קונסט!...
דאַן, ווען איך האָב געלעזען דיזע קריטיק אין אַן אַמעריקאַנער צייטונג, בין איך ערשטוינט געוואָרען. אַן אױסשניט, וועלכער האָט ענטהאַלטען די דאָזיגע קונסט-קריטיק איז ביי מיר געווען באַהאַלטען. האָב איך דאָס איצט אױפֿגעזוכט און ווידער איבערגעלעזען. איצט, אַלזאָ, האָב איך געזעהן ווי אַן ענליכער באַגריף ווערט אױסגעדריקט וועגען ליטעראַטור — אַז אין אַ ראָמאַן דאַרף מען שרייבען נאָר וועגען דאַמען וואָס טראָגען שעהנע און רייכע קליידער, וועגען קאַוואַליערען וואָס טרינקען שאַמפּאַניער און פֿאָהרען אין קאַרעטען.
אין מיין געדאַנק האָב איך אױך דאָס צוזאַמענגעבונדען מיט געוויסע זאַכען, וואָס איך האָב באַמערקט אױף דער אַמעריקאַנער ביהנע. אַמעריקאַנער אַקטריסעס ווילען נאָר שפּילען אַזעלכע ראָלען, אין וועלכע זיי קענען טראָגען שעהנע, טייערע קליידער. זיין אױף דער ביהנע אָנגעטאָן ווי אַן אָרימע פֿרױ, האָבען די שױשפּילערינס פֿיינט.
אייגענטליך האָט מען אַזעלכע פּיעסען גאָר ניט געשפּילט. אין שפּעטערע יאָהרען זיינען אין דיזער הינזיכט פֿאָרגעקומען געוויסע ענדערונגען. פֿון צייט צו צייט זעהט מען היינט אַ שטיק פֿון אָרימען לעבען אױף דער ביהנע. דאַן אָבער האָט מען אױפֿגעפֿיהרט כמעט נאָר פּיעסען וועגען דער אַריסטאָקראַטישער געזעלשאַפֿט.
אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור איז געווען דאָס זעלבע.
42וועגען אָרימע פֿלעגט מען שרייבען נאָר ענטוועדער קאָמישע זאַכען, אָדער ווילדע מעלאָדראַמאַטישע געהיימניסען, דעטעקטיוומעשות, אין וועלכע מען זוכט מערדער, רױבער, קידנעפּערס. די בעסערע ליטעראַטור איז געווען פֿאַרנומען מיט די העכערע קלאַסען.
ווי איך האָב שױן באַמערקט, האָט האָוועללס גופֿא הױפּטזעכליך געשריבען פֿון דער הױבער געזעלשאַפֿט.
ווי אַזױ-זשע וועל איך זיך קענען צושלאָגען צו דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור? פֿאַרצווייפֿעלט בין איך אָבער ניט געווען. האָוועללס האָט אַזױ שטאַרק געגלױבט אין מיין טאַלאַנט און מיר אַזױ צוגעגעבען מוט, אַז איך בין געווען זיכער אין זיך.
און דאָך האָב איך גענומען צווייפֿלען אױב „יעקל" וועט ווען עס איז דערזעהן די וועלט.
האָוועללס איז אױף אַ געוויסער צייט אַוועקגעפֿאָהרען. אין זיין אַבוועזענהייט האָב איך „יעקל" אָנגעהױבען איבערצוזעצען אױף אידיש. די הױפּט-אורזאַך איז געווען מיין אונגעדולד צו זעהן דאָס געדרוקט — אױב ניט אין דעם אָריגינאַל, איז אין אַן איבערזעצונג וועניגסטענס. און אײן מאָל האָב איך גענומען טראַכטען וועגען דעם, האָב איך זיך שױן פֿאַראינטערעסירט צו זעהן וואָס פֿאַר אַן אײנדרוק דער ראָמאַן וועט מאַכען אױף אונזערע אידען — אױף דער זעלבער מענשליכער וועלט, וועלכע ער שטעלט פֿאָר.
איך האָב די איבערזעצונג געדרוקט אין דער „אַרבייטער צייטונג" אונטער דעם נאַמען „סאָציוס". אונטער מיין אייגענעם נאַמען פֿלעג איך אױף אידיש מייסטענס שרייבען סעריעזע אַרטיקלען, און דעם אונטערשריפֿט „סאָציוס" פֿלעג איך געברױכען אױף האַלב-בעלעטריסטישע פֿעליעטאָנען. דעם ראָמאַן האָב איך אױף אידיש אָנגערופֿען ניט „יעקל", נאָר „יאַנקעל דער יענקי".
איך האָב געוואואסט, אַז האָוועללס האָט רעכט, דאָס דער טיטול קלינגט ווי אַ צוגעטראַכטער. אַז דיזער „יענקי" זאָל גראָד הײ43סען יאַנקעל — דאָס האָט מיר איצט געקלונגען ווי „אַ מאַשינאָווער צופֿאַל". אמת, אין דעם ווירקליכען לעבען טרעפֿען אזעלכע צופֿאַלען ניט זעלטען. אָבער אין ליטעראַטור פֿיהלט זיך, אין אַזאַ פֿאַל, אַז דאָס האָט דער פֿאַרפֿאַסער צוגעקלערט אומישנע צוליב דעם וואָרט-שפּיל: „יאַנקעל" און „יענקי".
פֿאַר אונזערע לעזער איז דאָס אָבער געווען אַ גערֿאָטענער נאָמען, — אַזױ האָב איך געקלערט — און ענטזאָגען זיך פֿון איהם האָט מיר די האַרץ ניט געלאָזען.
די ערצעהלונג האָט אױף אידיש גלייך געהאַט געהאַט ערפֿאָלג. פֿון פֿאַרשידענע קוואַלען זיינען צו אונזער רעדאַקציע אָנגעקומען בריף, אַז דער און דער גלױבט דאָס מען מיינט איהם; אַז די און די איז איבערצייגט, אַז זי איז דאָס די גיטעל, וועגען וועלכער עס ווערט דערצעהלט. מענשען האָט זיך געדוכט, אַז די גאַנצע געשיכטע איז אַ בילד פֿון זייער אייגענעם לעבען, אָדער פֿון אַ לעבען, מיט וועלכען זיי זיינען פֿערזעניליך באַקאַנט.*
קאָמפּלימענטען האָבען זיך אױך געהערט פֿון אַ טייל פֿון דער אידישער אינטעליגענץ. מענשען, פֿון וועלכע איך בין געוועזען פּאָליטיש אָפּגעפֿרעמדט, האָבען אױסגעדריקט באַגייסטערונג פֿאַר די טיפֿען מיט די באַשרייבונגען פֿון די סצענעם. אַנדערע פֿון אונזערע אינטעליגענטען האָבען אָבער געהאַט אַן אונגינסטיגע מיינונג. זייער קריטיק, הױפּטזעכליך דאַן ווען דער בוך איז שױן ערשינען אױף ענגליש, איז באַשטאַנען אין אַן ערקלערונג, אַז איך האָב געדאַרפֿט אױסקלייבען אַ וויכטיגערען און סימפּאַטישערען טיפ ווי „יעקל" — אַז איך האָב געזאָלט ווייזען די אַמע44ריקאַנער אַ שעהנערען סעמפּעל פֿון אונזער קוואָרטאַל — אַ געבילדעטען, אינטערעסאַנטען אידעאַליסט, צום בײשפּיל, וועלכער אָפּפֿערט זיינע אייגענע נוצען פֿאַר טובת הכלל. אין אַ דיסקוסיע מיט אײנעם וואָס האָט אױסגעדריקט דיזע מיינונג האָב איך געענטפֿערט, אַז איך האָב דעם ראָמאַן געשריבען ניט מיט'ן צוועק צו אַדווערטייזען אונזער אידישע באַפֿעלקערונג, נאָר דורכצופֿיהרען אַ באַשטימטע קינסטלערישע טהעמא, און צו דיזער טהעמא האָט זיך געפּאַסט דער יאַנקעל-דער-יענקי טיפ; אַז די פֿראַגע איז אין בעלעטריסטיק ניט וואָס פֿאַר אַ פּערזאָנען אַ שריפֿטשטעלער שטעלט פֿאָר, נאָר ווי אַזױ ער שטעלט זיי פֿאָר, און אױב זיי האָבען אַ נאַטירליכע שייכות צו דעם קינסטלערישען פּלאַן פֿון זיין ווערק. איך בין געווען זיכער, אַז מיין טהעמא גרייפֿט אָן אַ סיטואַציע, וועלכע שפּיגעלט אָפּ אונזער אימיגראַנטען לעבען אױף אַ כאַראַקטעריסטישען אופֿן, און אַז דאָס האָט פֿיל מעהר באַדייטונג ווי צו רעקלאַמירען דעם אידישען פֿאָלק.
גלייך ווי האָוועללס איז געקומען צוריק אין ניו יאָרק, האָט ער מיך איינגעלאַדען צו זיך. ער האָט מיר ווידער צוגעגעבען מוט. ער האָט מיך פֿאַרזיכערט, אַז מיט אַלע אָנפֿאַנגער געהט דאָס צו שווערליך; אַז פֿריהער אָדער שפּעטער וועט מיין ראָמאַן זיין געדרוקט, און אַז דאַן וועלען זיך פֿאַר מיר עפֿענען פֿילע טויערען. אָבער די האָפֿנונג צו האָבען דעם ראָמאַן געדרוקט אין פֿאַרטזעצונגען אין אײנעם פֿון די גרױסע זשורנאַלען, האָט ער ענדליך אױפֿגעגעבען. ער האָט גענומען טראַכטען וועגען די גרױסע בוךפֿאַרלעגער.
ווען ער האָט געהערט אַז איך דרוק דעם ראָמאַן אין אַ אידישער איבערזעצונג, האָט זיין געזיכט אױסגעדריקט אונאָנגענעמע איבעראַשונג.
— צו וואָס טוט איהר דאָס? — האָט ער געפֿרעגט. — פּאָבלישערס ווילען ניט דרוקען אַ זאַך וואָס איז שױן געווען געדרוקט.
ער האָט מיך אָבער גלייך געטרייסט. ער האָט, נעמליך, געזאָגט, אַז דאָס וואָס דער ראָמאַן געהט אין אַ אידישער צייטונג45וועט אַן אַמעריקאַנער בוך-פֿאַרלעגער ניט נעמען אין אַנבאַטראַכט.
— פֿון זיין שטאַנדפּונקט הייסט דאָס ניט, אַז דער בוך איז ערשינען, — האָט ער ערקלערט מיט אַ שמייכעל.
אין אײניגע טעג אַרום האָב איך פֿון איהם ערהאַלטען אַ בריף, אין וועלכען ער האָט מיר געהייסען פֿאָרשלאָגען דעם ראָמאַן צו אײנעם ריפּלי היטשקאָק, וועלכער איז דאַן געווען דער „ליטערערי עדוויזאָר" (ליטעראַרישער ראַט-געבער) ביי דער פֿירמע ר. אַפּעלטאָן ענד קאָמפּאַני, אײנער פֿון די צוויי וויכטיגסטע בוךפֿאַרלאָגען אין אַמעריקא. אַזױ אָבער ווי איך האָב דעם מאַנוסקריפֿט געדאַרפֿט האָבען צו מיין איבערזעצונג פֿאַר דער „אַרבייטער צייטונג", האָב איך געאַרבייט עטליכע טעג און נעכט כמעט אָהן אַן אױפֿהער און געמאַכט אַ קאָפּיע. איך האָב איבערגעשריבען אַ האַלבען בוך. מעהר שרייבען האָב איך פֿראָסט קיין כח ניט געהאַט. איך בין אומגעגאַנגען אַזױ ווי מיט צודרעהטע פֿינגער.
דאַן בין איך אַוועק מיט'ן מאַנוסקריפֿט צו די אַפּעלטאָנס און נאָכגעפֿרעגט אױף מר. היטשקאָק.
מיך האָט עמפֿאַנגען אַ הױכער, שלאַנקער ברונעט, אַ מאַן פֿון די מיטעלע יאָהרען, מיט זעהר אַן אינטעליגענטען געזיכט. דאָס איז געווען היטשקאָק. האָוועללס האָט שױן מיט איהם וועגען מיין בוך גערעדט. איך האָב איהם איבערגעלאָזען דעם מאַנוסקריפֿט און ער האָט מיר צוגעזאָגט, אַז אין אַ וואָך אַרום וועל איך האָבען אַן ענטפֿער. געוועהנליך, ווען אַ פֿרעמדער לאָזט איבער אַ מאַנוסקריפֿט ביי אַ פּאַבלישער, גיט מען דאָס איבער צו אַ לעזער, וואָס איז ספּעציעל אָנגעשטעלט צו דיזען צוועק. אױב איהם געפֿעלט, געהט דאָס צו אַ צווייטען לעזער; און ענדליך צו דעם „ליטערערי עדוויזאָר", אָדער צו דעם פּאַבלישער אַליין. דאָס רוב דערגעהט דאָס ניט ווייטער ווי דעם ערשטען לעזער. דער פֿאַרפֿאַסער באַקומט זיין מאַנוסקריפֿט צוריק צוזאַמען מיט אַ געדרוקטע קאַרטעל, וועלכע ווערט געשיקט צו אַלע46אַזעלכע קרבנות ווי ער, נעמליך, אַז מען דאַנקט איהם, אָבער אַז מען קען זיין ווערק ניט געברױכען. דאָ אָבער האָט היטשקאָק אַליין זיך גלייך גענומען לעזען. ער האָט אייגענטליך אָנגעפֿאַנגען איבערצוקוקען די ערשטע פֿײדזשעס נאָך אײדער איך האָב זיך מיט איהם געזעגענט.
די פֿירמע האָט דעם מאַנוסקריפֿט אָנגענומען.
אײדער מען האָט איהם געשיקט צו די זעצער, האָב איך איהם גענומען צו זיך אַהיים אױף עטליכע טעג, כלומר'שט אױף איבערקוקען; אין אמת'ן אָבער אױף צו ענדיגען די קאָפּיע וועלכע איך האָב באַדאַרפֿט האָבען צו מיין איבערזעצונג אױף אידיש.
די איבערזעצונג האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דרוקען אָקטאָבער דעם 18-טען, 1895. אָנגענומען האָט מען דעם אָריגינאַל ביי מיר אין דעצעמבער. די פּאָבלישערס האָבען אַרױסגעגעבען נייע ראָמאַנען צוויי מאָל אַ יאָהר — אין פֿריהלינג אָדער זומער און אין הערבסט. מיין בוך האָט מען באַשטימט פֿאַר דעם פֿריהלינג. עס איז אָבער אַרױסגעקומען אַ פֿאַרשפּעטיגונג און ער איז ערשינען אָנהױב יולי, 1896.
אונגעפֿעהר מיט אַ קנאַפּען יאָהר פֿריהער האָבען די אַפּעלטאָנס געדרוקט „די רעד בעדזש אָוו קלירריידזש" — אַ ראָמאַן אין וועלכען עס ווערט געשילדערט די מלחמה צווישען די צפֿון שטאַאַטען מיט די דרום שטאַאַטען איבער דער נעגער-פֿראַגע — פֿון אַ יונגען אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען סטיווען קרעין. דער בוך האָט געמאַכט אַ סענסאַציע אין דער ליטעראַרישער וועלט פֿון אַמעריקא און ענגלאַנד. דערביי איז אינטערעסאַנט דאָס פֿאָלגענדע: סטיווען קרעין האָט דעם מאַנוסקריפֿט געשיקט פֿון פּאָבלישער צו פּאָבלישער, אין ניו יאָרק, אין באָסטאָן און אין שיקאַגאָ, און אומעטום האָט מען איהם צוריקגעוויזען. דאַן איז קרעין באַקאַנט געוואָרען מיט האָוועללס'ן. האָוועללס האָט זיין ווערק איבערגעלעזען און איז ענטציקט געוואָרען, און היטשקאָק האָט דעם בוך געדרוקט אױף האָוועללס'עס רעקאָמענדאַציע. צוערשט האָט די ערצעהלונג ניט נעצויגען קיין אױפֿמערקזאַמקייט, אָבער אין ענג47לאַנד האָט אַ באַקאַנטער קריטיקער געשריבען אַ באַגייסטערטען איבערבליק איבער איהם, און אַנדערע לאָנדאָנער קריטיקער הָאבען דעם ראָמאַן אױך שטאַרק געלױבט. דער רעזולטאַט איז געווען אַז דאַן האָט מען אין אַמעריקא וועגען איהם אױך גענומען שרייבען און ריידען. „די רעד בעדזש אָוו קלירריידזש" ווייזט ווירקליך אָן אױף אַ וואואנדערבאַרען טאַלאַנט.
די אַפּעלטאָנס האָבען איהם אַרױסגעגעבען אין אַ ספּעציעלער פֿאַרמע, וועלכע זיי האָבען באַשטימט פֿאַר אַ סעריע פֿון העכערע ליטעראַרישע ווערק. מיין ראָמאַן „יעקל" האָבען זיי אַרױסגעגעבען אין דער זעלבער פֿאַרמע אַלס אײנעם פֿון יענער סעריע. צו דער זעלבער צייט האָבען זיי אַרױסגעגעבען, אױך אין דער זעלבער פֿאַרמע, אַ צווייטען ראָמאַן פֿון סטיווען קרעין: „דזשאָרדזש'עס מוטער".
די ערשטע קריטיק איבער „יעקל" איז ערשינען אין דער „ניו יאָרק טאַימס" פֿון זונטאָג, דעם 12-טען דזשולײַ. איך האָב איצט פֿאַר זיך יענעם אַרטיקעל. צוערשט ווערט איבערגעגעבען דער עיקר פֿון דער גאַנצער ערצעהלונג. דאַן זאָגט דער קריטיקער:
„דאָס איז די ראָם פֿון אַ שלאַנגענדאײַנדרוקספֿולע נייע ערצעהלונג. דער צויבער אָבער, די ווירקליכקייט און דער ליטעראַרישער ווערט פֿון דעם בוך שטאַמען אַרױס פֿון די כאַראַקטערבילדער, פֿון דעם „לאָקאַלען קאָליר" וואָס ער ענטהאַלט און אױך פֿון דעם וואָס ער עפֿענט פֿאַר אַמעריקאַנער אױף אַ שטיק לעבען פֿון וועלכען זיי האָבען ניט קיין באַגריף, כאָטש ער ליגט ביי דער סאַמע טיר זייערער. די געשיכטע קומט פֿאָר אין די געפּאַקטע גאַסען פֿון דער איסט-סײַד פֿון ניו יאָרק".
נאָכדעם געהט אַ היבשער אױסצוג פֿון דעם בוך, — מיין אַלגעמיינע שילדערונג פֿון דעם אידישען קוואָרטאַל אין ניו יאָרק — און דאַן זאָגט דער קריטיקער:
48„יעקל און די אַנדערע פֿערזאָנען פֿון דעם בוך, און דער לעבען וואָס זיי פֿיהרען, זיינען אױפֿגעמאָלט לעבהאַפֿט, מיט אַ טאַלאַנט אױף פֿאַרברײכע בילדער, מיט אַ שאַרפֿען הומאָר-געפֿיהל און אָהן אַ האָר דרשה-זאָגעריי. דער פֿאַרפֿאַסער קען דעם אידישען קוואָרטאַל אױסגעצייכענט, און ער שטעלט איהם פֿאָר מיט'ן אמת פֿון לעבען. ער זוכט ניט צו מאַכען קיין סענסאַציאָנעלע עפֿעקטען. אױך זוכט ער ניט דורך דעם בוך צו פֿיהרען פֿאָראפֿאַנאַנדאַ פֿאַר עפּעס אַ באַוועגונג. ער מאָלט אַ לעבענס-בילד".
דער קריטיקער פֿון דער „ניו יאָרק סאָן", וועלכע איז דאַן געווען אַ מאָרגען-צייטונג און אײנע פֿון די וויכטיגסטע אין אַמעריקא, פֿאַרגלייכט „יעקל" מיט געוויסע שילדערונגען פֿון דער איסט-סײַד (פֿון דייטשע אַרבייטער פֿאַמיליען), וועלכע געפֿינען זיך אין דעם ראָמאַן „די גאָלדען האָוס" פֿון טשאַרלס דאָדלי וואָרנער, אַ גוט-באַקאַנטער אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער. אױך פֿאַרגלייכט ער „יעקל" מיט די איסט-סײַד פֿאָרטרעטען (פֿון אַמעריקאַנער) אין קרעין'ס „דזשאָרדזש'עס מאָדהער". ער פֿרעגט אַ קשיה: „ווי קומט דאָס, אַז ביי וואָרנער'ן זיינען די מענשען פֿון דער איסט-סײַד אימער פֿאַרטרױערט, אימער פֿאַר'צרה'ט, און קאַהאַן'ס איסט-סײַדער האָבען פֿרעהליכע, לוסטיגע מאָמענטען; זיי זיינען ניט אימער פֿאַר'דאגה'ט. זיי גיבען אָפֿט אַ שטיף, אַ לאַך?"
„וואָס אַנבאַטרעפֿט די געשפּרעכען אין „יעקל" — זאָגט דער „סאָן" קריטיקער — מוזען מיר זאָגען, אַז זיי זיינען אונז אַ סך אינטערעסאַנטער ווי די געשפּרעכען וואָס מיר געפֿינען ביי וואָרנער'ן אָדער ביי קרעין'ען. ביי וואָרנער'ן ריידען די אָרימע פֿרױען הױפּטזעכליך וועגען דעם געצאָהלט וואָס זיי באַקומען פֿאַר נייען העמדלעך אָדער הויזען. ביי קאַהאַן'ען אָבער ריידען זיי וועגען אַנדערע זאַכען אױך.
מר. קאַהאַן גיט איבער אױף ענגליש די בילדליכע פֿראַזען פֿון דער אידישער שפּראַך, ווי מען געברױכט זיי אין דעם טעגליכען שמועס, און זיי זיינען אָפֿט זעהר אינטערעסאַנט. אױך גיט אונז מר. קאַהאַן די ענגלישע ווערטער וועלכע די איסט49סאַידער אידען האָבען אַריינגענומען אין זייער מוטער-שפּראַך, און ער ווייזט אונז ווי אַזױ זיי ריידען זיי אױס".
דער קריטיקער וואואנדערט זיך אױך ווי אַזױ „יעקל" האָט אַרױסגעקראָגען אַ גט פֿון זיין פֿרױ, טראָץ די שטרענגע געזעצען פֿון דעם שטאַאַט ניו יאָרק אין דיזער הינזיכט. ער דענקט אָבער, אַז מסתמא איז דאָס אױך ריכטיג.
„מיר זיינען באַרייט צו גלױבען, אַז דער רעאַליזם פֿון דעם ראָמאַן געהט אױף דיזען פּונקט אױך" — זאָגט ער. — „יעדער לעזער וועט פֿיהלען, אַז מר. קאַהאַן האָט דאָ אױפֿגעטאָן אן אונדערבאַרע אַרבייט. זיין ווערק איז דאָפּעלט מערקווירדיג, וואָרים מען דאַרף געדענקען, אַז ער איז געקומען פֿון רוסלאַנד און גענומען באַקאַנט ווערען מיט דער ענגלישער שפּראַך ערשט מיט עטליכע יאָהר צוריק".
וואָס אַנבאַטרעפֿט דעם גט, איז דער קריטיקער פּשוט ניט געווען באַקאַנט מיט דיזען ווינקעלע פֿון דעם לעבען אין זיין אייגענעם לאַנד. ווען ביידע צדדים זיינען מרוצה, איז צו האָבען אַ גט אין ניו יאָרק אַזױ לייכט, ווי אין פּאַריז. אײן צד גיט אָן אױף דעם אַנדערען אַ קלאַגע וועגען אונטריייהייט; מען ברינגט באַווייזע; דער אָנגעקלאָגטער קומט זיך ניט פֿאַרטיידיגען און דער ריכטער גיט אַרױס אַ גט.
אַזאַ אָפּמאַך איז געגען דעם געזעץ, אָבער אַזעלכע גט'ן זיינען אַ טעגליכע ערשיינונג.
אַן אונגינסטיגע קריטיק, הגם אױסגעדריקט מיט גאַנץ אײדעלע, דעליקאַטע ווערטער, האָט ענטהאַלטען דער „מעיל ענד עקספּרעס". דער שרייבער גיט מיר אײניגע קאָמפּלימענטען, אָבער ער זאָגט, אַז איך געברױך צו אָפֿט ווערטער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקס-שפּראַך, ווערענד פֿאַר ליטעראַטור פֿאָדערט זיך אַ ווירדיגערער לשון. ער זאָגט צום שלום:
„מר. קאַהאַן האָט דאָ געפֿונען אַ נייעם מאַטעריאַל, אַ נייע גאָלד-מינע, און אױב ער האָט ניט בעאַרבייט דיזע מינע אַזױ ערפֿאָלגרייך ווי עם וואָלט געווען ווינשענסווערט, וועט ער אין דער צוקונפֿט פֿילייכט טאָן בעסערע אַרבייט, אױב ער וועט נאָר האָבען חשק דערצו".
50דעם אינהאַלט פֿון דעם ראָמאַן באַטראַכט ער ניט. די פֿראַגע צי די פֿערזאָנען און די סצענעם זיינען לעבעדיגע און צי דער סיוזשעט האָט אַ קינסטלערישען אינטערעס — אַזעלכע פֿראַגען ריהרט ער ניט אָן. ער רעדט נאָר וועגען דער אױסערליכער פֿאָרמע און זי געפֿעלט איהם ניט.
אַנדערע קריטיקער לױבען מיין סטיל, און גראָד פֿאַר זיין אײנפֿאַכקייט און נאַטירליכקייט. האָוועללס, וועלכער איז אַליין געווען דער גרעסטער מייסטער פֿון דער ענגלישער שפּראַך, איז פֿון די ענגליש פֿון „יעקל" געווען ענטציקט, און ער האָט ניט אױפֿגעהערט מיר צו געבען קאָמפּלימענטען פֿאַר דער „נאַטירליכקייט און פֿאַר די עכט-ענגלישע פּשוט'קייט און זאַפֿטיגקייט" פֿון דעם לשון, ווי ער האָט זיך אױסגעדריקט אין אַ בריף צו מיר. אַנדערע באַקאַנטע אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער האָבען אַרױסגעזאָגט די זעלבע מיינונג.
עס האָבען זיך באַוויזען קריטיקען אין פֿאַרשידענע צייטונגען אין פֿאַרשיידענע שטעדט. אײניגע פֿון די קריטיקער האָבען דעם ראָמאַן שטאַרק געלױבט, אַנדערע האָבען איהם אַוועקגעמאַכט מיט'ן האַנט. אײניגע האָבען זיך פֿאַרהאַלטען צו איהם ערנסט ווי צו אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון אַן אימיגראַנטען לעבען; אַ פּאָר אַנדערע ווידער האָבען וועגען דיזען לעבען גופֿא גערעדט אין אַ האַלב-שפּאַסיגען טאָן.
די וואָס האָבען געשריבען וועגען „יעקל" אונגינסטיג האָבען מייסטענס געהאַט די זעלבע טענה ווי נעלסאָן פֿון „האַרפּער'ס וויקלי", אָדער פֿיליפּס פֿון „מעקקליור'ס מעגעזין": איך שילדער אונגעבילדעטע, אָרימע אידען, וועלכע וואױנען אין בּרודנע טענעמענט הײזער און טראָגען ביליגע קליידער און קיין צדיקים זיינען זיי אױך ניט. ווען מען שרייבט וועגען אַזעלכע מענשען, איז דאָס ניט קיין ליטעראַטור, ווייל ערשטענס איז דאָס ניט עסטעטיש, ניט שעהן; און צווייטענס רעפּרעזענטירען זיי ניט די אמת'ע אַמעריקא.
פֿון די קריטיקער וואָס האָבען דעם ראָמאַן געלױבט, האָבען מיר אױך ניט אַלע פֿאַרשאַפֿט פֿאַרגעניגען. אײניגע האָבען מיר51געגעבען שבחים פֿאַר זאַכען, וואָס האָבען קיין באַדייטונג ניט. זיי האָבען געערדט סתּם אין דער וועלט אַריין. איך האָב געזעהן, אַז זיי האָבען קיין באַגריף ניט וועגען ליטעראַטור אַלס אַ שילדערונג פֿון אמת'ע מענשען און פֿון דעם אמת'ן לעבען, זיי האָבען מיך הויפּטזעכליך געלויבט פֿאַר דעם „פּלאַט", די מעשׂה. עס זיינען אָבער געווען אַזעלכע, וואָס האָבען דעם ראָמאַן פֿאַרשטאַנען אַזוי ווי דער „טאַימס" קריטיקער האָט איהם פֿאַרשטאַנען, און זיי האָבען געשריבען אין דעם זעלבען זין ווי ער.
אײנער פֿון זיי איז געווען דער קריטיקער פֿון דעם „שיקאַגאָ רעקאָרד", אַ וויכטיגע טעגליכע צייטונג מיט אַ גרויסע סוירקיולײשאָן. ער פֿאַנגט אָן:
„אַ בילד פֿון לעבען, געמאָלען מיט לעבעדיגע פֿאַרבען, אַ גרויסע ווערק פֿון רעאַליסטישע קונסט — דאָס איז „יעקל". איהר האָט דאָ דעם אמת'ן לעבען, מיט מענער און פֿרויען פֿון סאָלידע פֿלייש און רויטע בלוט — מענשליכע מענשען מיט אַלע זייערע מענשליכע חסרונות.
„וואָס איזראַעל זאַנגוויל האָט געטאָן פֿאַר דער געטאָ פֿון לאָנדאָן, און וואָס סטיווען קרעין האָט געטאָן פֿאַר די אָרימע קוואָרטאַלען פֿון ניו-יאָרק, דאָס טוט מר. קאַהאַן פֿאַר די געטאָס פֿון אונזער הויפּט-שטאָדט, ניו-יאָרק. דער בוך האָט אין זיך אַ צויבער, וועלכער איז פֿאַרבונדען מיט דעם שריפֿטשטעלער'ס אינטימע באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם לעבען וואָס ער שילדערט. זיין סטיל איז אינטערעסאַנט און פּיקאַנט. זיינע באַשרייבונגען צייכענען זיך אויס מיט פֿאָלשטענדיגקייט. „יעקל" איז אַ דראַמאַ פֿון לעבען פֿון די מאַסען.
„אַזוי פֿאַרשיידענאַרטיג, אַזוי פֿילפֿאַך איז דער לעבען אין זיינע קאָמעדיען און אין זיינע טראַגעדיען, אַז די ליטעראַרישע מעגליכקייטען האָבען קיין גרענעץ ניט. אין אַ גאַנץ קורצע צייט האָבען מיר באַקומען צוויי מערקווירדיגע ראָמאַנען פֿון די אָרימע קוואָרטאַלען, אָבער זיי זיינען אַבסאָלוט פֿאַרשיידען אײנער פֿון דעם אַנדערען. אין „דזשאָרדזש'עס מאָדהער" האָט מר. קרעין געמאָלען אַ בילד פֿון דער איסט-סײד פֿון ניו-יאָרק. אַלע צענטראַלע פֿיגור האָט ער גענומען אַ יונגען אַמעריקאַנער, וועלכער איז אויפֿגעהאָדעוועט52געוואָרען אין אַ ראָוו לעבען דער שטאָדט און איז דערנאָך אַראָפּגעזונקען אין די זומפּען דורך זיין חבר'שאַפֿט מיט ליידיג-געהער און פֿאַרברעכער אויף דער באַוערי. די פֿאַרבען זיינען אַרויפֿגעלייגט געוואָרען אויפֿ'ן לײוועקס מיט אַ גרויסען פֿענזיל. אין „יעקל" דרינגט דער לעזער אַריין אין די אידישע סוועט שעפּער פֿון העמטער סטריט צווישען די פּוילישע און רוסישע אידען, וועלכע ריידען אַ פֿרעמדע שפּראַך און לעבען אין אַ שטיקענדער לופֿט. עס איז אַ גאַנץ אַנדער וועלט ווי אין „דזשאָרדזש'עס מאָדהער", און דאָך איז דאָס די זעלבע וועלט. דער הערצער ווערען באַהערשט פֿון די זעלבע געפֿיהלען און מוחות ווערען רעגירט פֿון די זעלבע אינסטינקטען. די מענשען זיינען פֿאַרשיידען אײנע פֿון די אַנדערע, בלויז ווייל זייער פֿאַרגאַנגענהייט און די וועלט, וואָס רינגעלט זיי אַרום, זיינען פֿאַרשיידענע. זיי האָבען אָבער אַ געמיינשאַפֿטליכען באָדען אונטער די פֿיס, און עס איז אײגענטליך שווער צו ווייזען וואו עס ליגט דער גרענעץ צווישען זיי.
„מיסטער קאַהאַן איז זעהר דעליקאַט אין זיין פֿאַנאַנדערגלידערען די כאַראַקטערען. ער איז לעבענס-טרײ אין אַן אונגעוועהנליכער מאָס. ער איז אַ קינסטלער. עס איז אײגענטליך גאַנץ אונגעוועהנליך צו זעהן, אַז אַן אויסלענדער, אַזוי ווי מיסטער קאַהאַן, זאָל אַזוי האָבען באַזיגט די ענגלישע שפּראַך. ווען מען זאָל זאָגען, אַז זיין ענגליש איז אויסגעצייכענט, קרעפֿטיג און דירעקט, און אַז זי טרעפֿט גלייך אין פּונקט אַריין, וואָלט דאָס געגעבען אַ גאַנץ שוואַכען באַגריף וועגען די חן און ווירדע, מיט וועלכע זיין סטיל צייכענט זיך אויס.
„יעקל" איז אַ טראַגעדיע, איהר פֿינסטערניש איז אָבער ווידער און ווידער דורכגעדרונגען מיט שטראַלען פֿון אַ זונענשיינענדען הומאָר".
ווען איך האָב האָוועללס'ען געוויזען אַן אויסשניט פֿון דעם „שיקאַגאָ רעקאָרד", וועלכער האָט ענטהאַלטען דיזע קריטיק, איז זיין פּנים באַגאָסען געוואָרען מיט די זונען-שיין פֿון פֿרייד. ער איז געווען אויפֿ'ן זיבעטען הימעל.
— איהר זעהט, קאַהאַן: אַז מען שרייבט אויף אַ גוטע זאַך, געפֿינען זיך שוין מבֿינים אויף דעם! — האָט ער געזאָגט. און53זערע קריטיקער, די עלטערע וועניגסטענס, פֿאַרשטעהען אײגענטליך גאַנץ גוט. זיי קומט אָבער מייסטענס אויס צו שרייבען וועגען ראָמאַנטישע מעשׂיות, האָבען זיי אויסגעאַרבייט אַ ראָמאַנטישע סאָרט קריטיק. ווען זיי דערזעהען אָבער אַ רעכטע שטיקעל קונסט אַרבייט, פֿאַרשטעהען זיי, און דאַן ריידען זיי גאָר מיט אַנדערע ווערטער.
איך געדענק, נאַטירליך, ניט פּינקטליך, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט. דער זין ווערט דאָ אָבער איבערגעגעבען ריכטיג. און דעם זעלבען געדאַנק האָב איך פֿון איהם געהערט ביי שפּעטערע געלעגענהייטען אויך.
אײן קריטיקער (פֿון דעם ניו-יאָרקער „קאָממוירשעל אַדווערטייזער") האָט סאַרקאַסטיש אָנגעוויזען אויף דעם „דיאַלעקט", וועלכען איך ברענג אַריין אין די געשפּרעכען. איך האָב פֿאָרגעשטעלט די אַרט, ווי אַזוי יעקל, צום ביישפּיל, רעדט אויס ענגלישע ווערטער, און איך האָב אויך איבערגעגעבען, אין אַ ווערטערליכע ענגלישע איבערזעצונג, כאַראַקטעריסטישע אידישע פֿראַזען, ווי, צום ביישפּיל, „דער שוואַרץ יאָהר ווייס איהם", אָדער „אַ נעכטיגער טאָג". דאָס אַלץ האָט דער שרייבער פֿון „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" געמיינט מיט דעם וואָרט „דיאַלעקט", און ער האָט דאָס שאַרף קריטיקירט. ער האָט זיך באַקלאָגט אויף דעם מנהג איבערהויפּט צו געבען „דיאַלעקט". „אײן שרייבער ווייזט אונז ווי אַן איירישמאַן רעדט ענגליש; אַ צווייטער — ווי אַ סקאַטשמען; אַ דריטער גיט אונז איבער די אויסשפּראַך פֿון נעגערס. דאָס אַלץ איז שווער און אונאַנגענעהם צו לעזען — האָט ער געזאָגט. — און „טאָמער האָבען מיר ניט געהאַט גענוג דיאַלעקט, קומט צוגעהן מיסטער קאַהאַן און איז אונז מכבד מיט אַ נייעם מין — מיט דער אַרט ווי אַזוי אידישע אימיגראַנטען ריידען ענגליש, און מיט ספּעציעלע אויסדריקע פֿון זייער אידישען לשון".
אַ פּאָר פֿון די אַנדערע קריטיקער האָבען מיר גראַד געלויבט פֿאַר מיינע „דיאַלעקט"-פֿראַזען. זיי גיבען צו אינטערעסאַנטע לעבענס-פֿאַרב צו מיינע שילדערונגען, האָבען זיי געזאָגט.
איך מוז זיך אָבער מודה זיין, אַז שפּעטער בין איך געקו54מען צו דער איבערצייגונג, אַז דער קריטיקער פֿון „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" האָט געהאַט רעכט אין דיזען פּרט. ווייזען ווי אַן אויסלענדער רעדט ענגליש איז אַמאָל נויטיג, אָבער נאָר אַמאָל, דאָ און דאָרט. וואָס אַנבאַטראַפֿט ספּעציעל אידישע אויסדריקע, וועלכע קלינגען משונה'דיג אין אַ ווערטערליכער ענגלישער איבערזעצונג, האָט דאָס איבערהויפּט קיין באַדייטונג ניט. מעהר ווי אַ ביליגען קאָמיזם שאַפֿט דאָס ניט.
אין מיינע ווייטערדיגע ענגלישע ערצעהלונגען האָב איך אַזעלכע „דיאַלעקט"-פֿראַזען אויסגעמידען.
אַ וואָכען-זשורנאַל מיט'ן נאָמען „עקזאַמינער", האָט, אין זיין נומער פֿון 27-טען אויגוסט, 1896, מיט „יעקל" פֿאַרנומען אַ סך פּלאַץ. דער שרייבער האָט וועגען דעם בוך געהאַט אַ זאָנדערבאַרען באַגריף. לויט זיין אויסטייטשונג, האָב איך איהם געשריבען מיט אַ ספּעציעלען צוועק: צו אַגיטירען פֿאַר נייע פֿאָרמען פֿון אימיגראַציע. צווישען אַנדערע זאַכען זאָגט ער, אַז איך באַשרייב אַלץ לעבענס-טרײ און ריכטיג, אָבער, אַז אַזוי ווי עס האַנדעלט זיך וועגען אונוויסענדע מענשען, און דער העלד פֿיהרט זיך ניט אויף מאָראַליש, קען מען ניט זאָגען, אַז דעם בוך איז אַנגענעהם צו לעזען. דאָך האָט ער גאָרנישט געגען מיר, זאָגט ער, ווארים מיין צוועק איז געוועזען ניט צו שרייבען געשיכטע, נאָר אויסצודריקען אַ געוויסע אידעע.
זיין מיינונג איז דאָ, אַלזאָ, פּונקט קאַפּויר ווי די מיינונג פֿון דעם קריטיקער אין דער „טאַימס", וועלכער האָט ערקלערט, אַז איך דרשן אין „יעקל" ניט קיין דרשות, פּרעדיג ניט קיינע אידעען. אָבער ווייטער אין דעם אַרטיקעל זאָגט ער דאָס זעלבע, וואָס דער „טאַימס" קריטיקער, נעמליך: הגם איך האָב אין זין אַ אידעע, דרשן איך אָבער ניט, נאָר איך מאָל אַ בילד; איך זאָג ניט אַרוים קיין מיינונגען און פּרעדיג ניט.
ווער ער איז האָב איך קיין מאָל ניט געוואוסט. ער מיך האָט אָבער יאָ געקענט, ווי עס שיינט. ער האָט מיך געזעהן אויף אַ סאָציאַליסטישען מיטינג, און ער באַשרייבט דעם איינדרוק, וואָס איך האָב אויף איהם געמאַכט.
„פֿילע יאָהרען" — הויבט דער קריטיקער אָן — „איז מר.
55קאַהאַן געווען אַ פּראָקטבאַרער שרייבער. דאָך, אַלס בעלעטריסט, מוז מען איהם אַריינרעכענען צווישען די יונגע. וואָרים „יעקל" איז זיין ערשטער ראָמאַן. ער איז געבאָרען געוואָרען אין רוסלאַנד. ער איז געקומען אין אַמעריקא ניט זעהר פֿילע יאָהרען צוריק און האָט זיך באַזעצט אויף דער איסט-סײד, צווישען זיינע לאַנדסלייט. דאָ האָט זיין העכערע אינטעליגענץ און אונערשראָקענע ענערגיע איהם גלייך געמאַכט פֿאַר אַ באַקאַנטע פּערזאָן און פֿאַר אײנעם פֿון די ווילקאָמענע אנטיילנעמער אין די קלובס און דעבייטינג סאָסייעטיס פֿון דער איסט-סײד. אַז מר. קאַהאַן איז אַ רעדנער מיט זעלטענע פֿעהיגקייטען, קענען מיר פּערזענליך עדות זאָגען, וואָרים מיר זיינען געווען דערביי, ווי ער האָט, אין אַ געוויסען אָוונד, אַדרעסירט אַ גרויסען מיטינג. זיין מאַגנעטישער יוגענטליכער אויסזעהן, זיין רייכע הילכענדע שטימע און זיין לעבעדיגקייט, האָבען איהם גלייך געבראַכט אין באַריהרונג מיט די הערצער פֿון זיינע צוהערער. ער האָט עלעקטריפֿיצירט די מויזענדער געזיכטען, וואָס האָבען זיך געפֿונען אַרום איהם. אונטער דער ווירקונג פֿון זיין רעדנער-קראַפֿט איז אַ טרעל פֿון באַגייסטערונג דורכגעגאַנגען דורך דעם גרויסען קופּער יוניאָן. מיר געדענקען, ווי מיר האָבען פֿאַרלאָזען דעם מיטינג מיט באַוואונדערונג צו דעם יונגען מאַן פֿערזענליך און צו די פֿעהיגקייטען, וואָס ער האָט באַוויזען. נאָר אײן זאַך האָבען מיר באַדויערט: דאָס וואָס זיינע זעלטענע טאַלאַנטען ווערען אָפּגעגעבען צו די טרוימערישע און שטערערישע אינטערעסען פֿון סאָציאַליזם. וואָרים, מיסטער קאַהאַן, ווי פֿילע פֿון די רוסישע אידען אויף דער איסט-סײד, איז אַ סאָציאַליסט, און ער לאָזט ניט דורך קיין אײנציגע געלעגענהייט צו פּראָפּאַגאַנדירען זיינע טעאָריען מיט זיין צונג אָדער מיט זיין פֿעדער.
„אין פֿאַרלויף פֿון אײניגע יאָהרען איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ צייטונג, וועלכע ווערט אַרויסגעגעבען אין דער אידישער שפּראַך, און ער איז אימשטאַנד געווען, דורך זיינע מוטיגע ערקלערונגען פֿון פּאָליטישע פֿאַטירונגען, אויסצואיבען אַ גרויסען אײנפֿלוס אויף דער עפֿענטליכער מיינונג פֿון דעם אידישען קוואָרטאַל.
56„נעמענדיג אין אַנבעטראַכט מר. קאַהאַנ'ס כאַראַקטער, אַזוי ווי מיר האָבען איהם דאָ איצט באַשריבען, זיינען מיר איבעראַשט געוואָרען פֿון דעם פֿאַקט, אַז אין זיין ראָמאַן האָבען מיר ניט געפֿונען קיין סליאַד דערפֿון. גראַדע פֿאַרקערט: מיר געפֿינען אין דעם ראָמאַן, אַז ער האָט זיינע פֿערזענליכע איבערצייגונגען ספּעציעל צוריקגעהאַלטען. פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע, אויף וועלכער ער פֿיהלט זיך שטענדיג אַזוי ווי ביי זיך אין דער היים, איז ער דיזען מאָל אַראָפּגעגאַנגען און ער האָט זיך מוטיג געשטעלט אין דער לאַגע פֿון אַ מענשען, וועלכער איז אַבסאָלוט אונפּאַרטייאיש, פֿון אַ רעאַליסטישען ראָמאַנען-שרייבער, פֿון אַ ליטעראַרישען מאָהלער, וועלכער זוכט נאָר פֿאָרצושטעלען די פֿאַקטען און די באַוועגונגען פֿון אַ געוויסען סאָרט לעבען, אָהן אירגענד וועלכען באַהאַלטענעם וואונש צו באַקערען. זיינע לעזער און צו מאַכען זיי גלויבען אין דעם אָדער יענעם פּירוש פֿון לעבען. ריכטיגער געזאָגט: מיט זיין ראָמאַן לאָזט ער דעם לעזער איבער פֿריי צו ציהען זיינע אײגענע שליסע, צו אורטיילען נאָך זיין אײגענעם פֿאַרשטאַנד. אַלץ וואָס ער טוט איז: ער לייגט פֿאַר דער דזשורי פֿאַר אַלע באַווייזע וואָס ער האָט, און דעם ווערדיקט לאָזט ער איבער צו איהר".
אין דעם „אַמעריקאַן היברו" איז די קריטיק אויף „יעקל" געווען אַן אונגינסטיגע. עס איז ניטאָ קיין שעהן-געמאָלענע „וואָרט-בילדער", האָט דער קריטיקער ערקלערט. קיין מעלות האָט ער גאָר ניט געפֿונען.
אַ געוויסע צייט שפּעטער האָט דער זעלבער זשורנאַל ענטהאַלטען אַ נאָטיץ, אַז זאַנגוויל אין לאָנדאָן רעדט וועגען אײבערהעם קאַהאַנ'ס „יעקל" מיט גרוים באַגייסטערונג.
אין דעם דריטען באַנד „בלעטער פֿון מיין לעבען" איז שוין דערמאָנט געוואָרען, אַז מיין פֿרוי איז יענעם זומער געווען אין57קיעוו צוגאַסט ביי איהר מוטער, און אַז איך האָב זיך אויף דער צייט באַזעצט אין אַ מעבלירטען צימער, ביי אַ פֿאַמיליע מיט'ן נאָמען ראַנקין.
אײן מאָל זאָגט צו מיר ראַנקין:
— איהר האָט געזעהן? אויף אַלע עלעוויטעד סטיישאָנס זיינען אויסגעקלעפּט גרויסע פּלאַקאַטען, אַז האָוועללס האָט ענטדעקט אַ גרויסען נייעם שרייבער. מיין האַרץ זאָגט מיר, אַז מען מיינט דאָס אייך.
(דער אַדווערטייזמענט איז געווען וועגען אַן אַרטיקעל, וואָס וועם ערשיינען אין דער „ניו-יאָרק וואָירלד" דעם נעקסטען זונטאָג).
ווען עס איז געקומען דער זונטאָג (דזשולײ 26, 1896), האָט זיך אַרויסגעוויזען, אַז ראַנקין האָט גוט געטראָפֿען.
די „ניו-יאָרק וואָירלד" פֿון יענעם טאָג האָט אָפּגעגעבען אַ גאַנצע פּיידזש אויף אַן אַרטיקעל פֿון האָוועללס'ן, און דער אַרטיקעל איז געווען פֿאַרנומען מיט סטיווען קרעין'ס ראָמאַן „דזשאָרדזש'עס מאָדהער" און מיט מיין ראָמאַן „יעקל". אויבען, איבער דעם אַרטיקעל, איבער דער גאַנצער פּיידזש, איז געשטאַנען אַ שורה מים די פֿאָלגענדע ווערטער:
„דער גרויסער ראָמאַנען-שרייבער באַגריסט אײבערהעם קאַהאַנ'ען, דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון „יעקל", אַלס אַ נייעם שטערען פֿון רעאַליזם, און ער זאָגט, אַז ער און סטיווען קרעין שטעלען פֿאַר די ריכטיגע בילדער פֿון דעם איסט-סײדער לעבען".
וועגען מיין ווערק זאָגט דאָרטען האָוועללס, אונטער אַנדערע זאַכען, דאָס פֿאָלגענדע:
„אַזוי ווי מיסטער קאַהאַן איז פֿון רוסלאַנד, און אַזוי ווי ניט-רעאַליסטישע ווערק ווערען אין רוסלאַנד ניט באַטראַכט אַלס ליטעראַטור, איז זיין ערצעהלונג נאַטירליך אַ שטרענג-רעאַליסטישע. זי איז ניט מעהר רעאַליסטיש, ווי די ערצעהלונג, וואָס מיסטער קרעין האָט געשריבען. זי איז ניט מעהר טרײ און ניט ווייניגער טרײ צו דער ווירקליכקייט, ווי קרעינ'ס ביכער. די צוויי שרייבער האָבען דעם זעלבען פּרינציפּ וועגען קונסט, אָבער די שעהן קאָלירטע אויסלענדישע שטאָף, מיט וועלכע מיסטער קאַהאַן באַנוצט זיך, אַפּעלירט שטאַרקער צו דער פֿאָרשטעלונגס-קראַפֿט פֿון58דעם לעזער. קרעינ'ס ניט-אָפּטער געלעכטער האָט אַמאָל אַ בייזען קלאַנג אין זיך. ביי קאַהאַנ'ען, ווידער, זעהט מען, אַז ער אַליין האָט הנאה פֿון די קאָמישע פֿאַסירונגען אין זיין ערצעהלונג. אין גרונד אָבער איז קאַהאַנ'ס ערצעהלונג ניט קיין קאָמישע, נאָר אַ טראַגישע. וואָס קען זיין טראַגישער, ווי דער גט פֿון אַן אומגליקליכער אָרימער אימיגראַנטקע? כאָטש דער לעזער האָט באַלד אַ טרייסט, אַז זי האָט נאָכהער געהייראַט מיט אַ מאַן, וועלכער פּאַסט זיך פֿאַר איהר אַ סך בעסער ווי דזשייק „דער יענקי". דזשייק, ווידער, האָט חתונה מיט אַן אַמעריקאַניזירטע פּוילישע מיידעל, מיט וועלכער ער פֿלעגט פֿאַרברענגען אײדער זיין פֿרוי איז אַריבער-געקומען.
„די געשיכטע איז דערצעהלט געוואָרען זעהר לעבהאַפֿט. מען זעהט, אַז דער שרייבער האָט געהאַט אַ קינסטלערישען פֿאַרגעניגען דערביי. זיין כאַראַקטער געפֿיהל און זיין געפֿיהל פֿון מענשליכע נאַטור, איז דעליקאַט און טיף. איך בין איבערצייגט, אַז אין קאַהאַנ'ען האָבען מיר אַ שרייבער, אַ געבאָרענעם אויסלענדער, וועלכער איז אַ כּבֿוד פֿאַר דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ער איז שוין דורך און דורך אַמעריקאַנער. ער קוקט אויף דער וועלט פֿון אונזער שטאַנדפּונקט. ער זעהט זאַכען מיט אַמעריקאַנער אויגען, און אַלס צוגאַב, באַזיצט ער די ווייטע און רייכע באָאָבאַכטונגס-קראַפֿט פֿון דער אידישער ראַסע. אין די פֿאַקטען פֿון דער ערצעהלונג איז דאָ פֿילעס, וואָס פֿאַרשאַפֿט אונז שמערצען; אָבער, לעזענדיג, פֿיהלען מיר, אַז דער שרייבער האָט אונז געגעבען דעם גאַנצען אמת; אַז אומשטענדען האָבען באַשאַפֿען די מענשען פּונקט ווי ער שילדערט זיי. אויב אונז געפֿעלען ניט די רעזולטאַטען, וועלכע דיזע אומשטענדען האָבען אַרויסגעבראַכט, איז דאָך דאָס ניט דעם שרייבער'ס שולד. ער האָט בלויז אַראָפּגענומען דעם שלייער, וועלכער פֿאַרשטעלט די אומגליקליכע פֿון די גליקליכע. דער לעבען, מיט וועלכען דער שרייבער איז גוט באַקאַנט, לעבט פֿאַר אונזערע אויגען.
„יעקל" איז אַ רייצענדער בוך און דער פֿאַרגעניגען, וואָס ער פֿאַרשאַפֿט אונז, קומט, ניט נאָר דערפֿון, וואָס דיזעם ווערק איז אַזוי גוט, נאָר אויך פֿון דעם, וואָס דאָס פֿאַרשפּרעכט אונז59ווייטערע גוטע ווערק אין דער צוקונפֿט. אַ פֿאַרפֿאַסער, וועלכער האָט געקענט שאַפֿען אַזעלכע טיפּען ווי מיסעס קאַוואַרסקי (גיטעל'ס שכן'טע), דזשייק'ס ווייב, מיימי, און פֿעני, די מגיד'קע, מיט די סצענעס אין סוועט-שאַפּ, אין די דענסינג-האָלס, און אין בית-דין שטיבעל, וואו מען גיט דעם גט — אַזאַ פֿאַרפֿאַסער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט, דורך די אויסגעצייכענטקייט פֿון דאָס, וואָס ער האָט שוין אויפֿגעטאָן, אויפֿצוטאָן אַ סך, וואָס זאָל זיין נאָך בעסער".
האָוועללס'עס אַרטיקעל איז געווען אַ סענסאַציע. ער איז איבערגעדרוקט געוואָרען אין פֿילע שטעדט פֿון אַמעריקא. פּלוצלונג בין איך באַקאַנט געוואָרען אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.
רעפּאָרטערס פֿון פֿאַרשיידענע צייטונגען זיינען געקומען נאָך אינטערוויוס מיט מיר. אַ „סינדיקאַט", וועלכער האָט צוגעשטעלט אַרטיקלען צו צענדליגע אַמעריקאַנער זונטאָגס-בלעטער, האָט צו מיר געשיקט זייערען אַ שרייבער און אויך אַ צייכענער. זיי האָבען ביי מיר פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שטונדען. דער רעזולטאַט איז געווען אַ גרויסער אילוסטרירטער אַרטיקעל וועגען מיין לעבען און מיין ליטעראַרישע אַרבייט, וועלכער איז ערשינען אין זונטאָג-בלעטער אין יעדער גרויסער שטאָדט אין לאַנד.
דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען אַ קורצע צייט נאָכדעם ווי איך האָב פֿאַרלאָזען די „אַרבייטער צייטונג". דאַן, ווען איך האָב זיך געפֿונען אין דעם רעכטען ברען פֿון דעם קאַמף געגען דעם דעליאַניזם און דער „קליקע". אין דעם טאָג, ווען עס איז ערשינען „יעקל" און די אַרויסגעגעבער האָבען מיר צוגעשיקט זעקס עקזעמפּלאַרען, ווי דער מנהג איז, איז אין ניו-יאָרק (אין גרענד סענטראַל פּעלעם, וועלכער איז דאַן געווען אַ סך קלענער ווי60היינט) פֿאָרגעקומען אַ קאָנווענשאָן פֿון דער גאַנצער סאָציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטיי פֿון אַמעריקא.
אונזער אָפּאָזיציע האָט געוואָלט דורכפֿיהרען אַ רעזאָלוציע געגען דעם דעליאַניזם. אַלזאָ, האָב איך אויף דער קאָנווענשאָן פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג.
איך האָב געהאַט נאָהענטע באַקאַנטע צווישען די אַמעריקאַנער דעלעגאַטען פֿון די פֿאַרשידענע שטעדט און איך האָב זיך געמיהט זיי צו באַאיינפֿלוסען. דעליאָן, ווידער, האָט געפּרואווט זיי אַריבערצוציהען אויף זיין זייט. מיט אײניגע דעלעגאַטען האָט ער געהאַט ערפֿאָלג; מיט אײניגע — איך. עס זיינען געווען אַ פּאָר, וועלכע האָבען אויף אונז געמאַכט דעם איינדרוק, אַז זיי זיינען אויף א ו נ ז ע ר צד, און אויף דעליאָנ'ען — אַז זיי וועלען שטימען לויט זיין פֿאַרלאַנג. פֿון דיזע געדענק איך, הויפּטזעכליך, אַ באַסטאַנער סאָציאַליסט מיט'ן נאָמען בראַפֿי — אַ הויכער איריש-אַמעריקאַנער, מיט שוואַרצע וואָנצעס און מיט וואַזשנע, געלאַסענע מאַניערען. ער איז געווען אַ גאַנץ אײנפֿאַכער מענש, אָבער, לויט זיין אויסזעהן און האַלטען זיך, האָט מען געקענט מיינען, אַז ער געהערט צו די העכערע קרייזען. איצט האָט ער געטראָגען אַ ווייסען זומער-סוט, וועלכער האָט זיך צו זיין הויכער פֿיגור געפּאַסט, און דיזער זומער-סוט האָט פֿאַרגרעסערט די אַריסטאָקראַטישקייט פֿון זיין גאַנג און אווים. איך בין מיט איהם געווען באַקאַנט פֿון דעם זומער, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין באָסטאָן (אין 1892), און דאָ, אויף דער ניו-יאָרקער קאָנווענשאָן, האָב איך צוערשט געגלויבט, אַז איך האָב איהם „אַריינגעקראָגען". ער האָט אָבער מיט דעליאָנ'ען זיך געשושקעט אַזוי אָפֿט, ווי מיט מיר. ענדליך האָט ער געפּרואווט מאַכען שלום צווישען אונז. איך האָב אָבער פֿון דעם ניט געוואָלט הערען.
אונזער רעזאָלוציע איז פֿאַרוואָסערט געוואָרען מיט אַמענד-מענטס.
די קאָנווענשאָן האָט זיך געענדיגט, אונזער קאַמף האָט זיך נאָך שטאַרקער פֿאַנאַנדערגעברענט. איך בין מיט איהם געווען פֿאַרנומען בוכשטעבליך טאָג און נאַכט.
61מיללער איז געווען אין אייראָפּאַ, און די גאַנצע פֿליכט אַלס פֿיהרער פֿון דער אָפּאָזיציע, איז געפֿאַלען אויף מיר.
איך האָב באַקומען איינלאַדונגען פֿון זשורנאַלען און צייטונגען צו שרייבען סקיצען, אַרטיקלען. אײן צייטונג האָט מיר פֿאָרגעשלאָגען איך זאָל שרייבען מיין אײגענע לעבענס-געשיכטע. אײן זשורנאַל האָט געבעטען אַן אַרטיקעל וועגען דעם אונטערשייד צווישען דער אייראָפּעאישער ליטעראַטור און דער אַמעריקאַנער. נאָר מעהר פֿון אַלץ האָט מען ביי מיר געבעטען סקיצען. איך בין אָבער געווען פֿאַרטיפֿט אין דעם קאַמף פֿון אונזער אָפּאָזיציע, און אַלע איינלאַדונגען, אויסער אײנע, האָב איך פֿאַרנאַכלעסיגט. איך האָב מיט אומגעדולד געוואַרט אויף מיללער'ס צוריקקומען פֿון אייראָפּאַ.
דעם 22-טען סעפּטעמבער פֿון יענעם יאָהר האָט אַ ליטעראַרישער קלוב געמאַכט אַן אָוונד, צו וועלכען זיי האָבען אַלס ספּעציעלע געסט איינגעלאַדען סטיווען קרעין'ען, דעם באַקאַנטען שריפֿטשטעלער העמלען גאַרלאַנד און מיר. קיין „גרעניטש וויללעדזש" אַלס אַ קוואַרטאַל פֿון ליטעראַטען, מאָהלער, מוזיקער, איז נאָך דאַן ניט געווען. אָבער עטליכע ליטעראַרישע גרופּען האָבען געהאַט זייערע קלובען, און אײנער פֿון זיי האָט זיך געפֿיהרט אויף דעם „גרעניטש וויללעדזש" שטייגער, ווי מען וואָלט דאָס גערופֿען היינט — באָהעמיש.
דער קלוב, וואָס האָט מיר איינגעלאַדען, האָט געהייסען „לענט-האָרן קלאָב"*. ער האָט זיך געפֿונען אויף ווילליאַם סטריט, ווייט דאָון-טאָון, אויף אַ גרויסען בוידעם, וועלכען די מיטגלידער האָבען אויפֿגעראַמט און אויסגעפּוצט אויף אַן אינטערעסאַנטען שטייגער, און באַהאַנגען מיט צייכענונגען און מאָהלעריען. די מעבעל און62דער גאַנצער אויסזעהן פֿון דעם פּלאַץ האָט געשמעקט מיט „קינסטלערישען טעמפּעראַמענט" און מיט קינסטלערישע „פֿרייהייט פֿון צערעמאָניע".
עס איז זיך צוזאַמענגעקומען אַן עולם פֿון אַ פֿערציג-פֿופֿציג אַמעריקאַנער ליטעראַטען, זשורנאַליסטען, מאָהלער, סקולפּטאָרען. מען האָט געטרונקען בראַנפֿען און וויין און פֿאַרביסען מיט „סענדווי-טשעס", וועהאַלטען רעדעם און געמאַכט שפּאַס. די רעדעם זיינען געווען דורכגעוואָרפֿען מיט קאָמפּלימענטען צו קרעינ'ען און צו מיר. (העמלען גאַרלאַנד האָט פֿאַרשפּעטיגט). מען האָט אונז „געקיבעצט" וועגען אונזערע נעקסטע ווערק. עס איז געווען פֿרעהליך און אינטערעסאַנט.
דער פּרעזידענט פֿון דעם קלוב איז געווען אַ שריפֿטשטעלער מיט'ן נאָמען אוירווווינג בעטשעלער. (מיט אַ פּאָר יאָהר שפּעטער איז ער באַריהמט געוואָרען דורך אַ ראָמאַן מיט'ן נאָמען „עבען האָלדען", וועלכער האָט געהאַט אַן אונגעהייערען ערפֿאָלג. אָבער דאַן איז זיין נאָמען שוין אויך געווען באַקאַנט.)
די וועלטעלע, מיט וועלכער איך בין דאָ איצט זיך צוזאַמען-געקומען, איז פֿאַר מיר געווען ניי. די אַמעריקאַנער, מיט וועלכע איך פֿלעג פֿריהער פֿאַרברײנגען, זיינען מייסטענס געווען סאָציאַליסטען, גאָר אַנדערע מענשען מיט אַנדערע אינטערעסען. פֿאָלדינג איז געווען פֿאַראינטערעסירט אין ליטעראַטור, אָבער אַליין האָט ער ווייניג געשריבען. אין אַזאַ געזעלשאַפֿט ווי דיזע, אַ געזעלשאַפֿט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע שריפֿטשטעלער, האָב איך זיך פֿריהער קיין מאָל ניט געפֿונען.
ווען מיר איז אויסגעקומען צו ענטפֿערען אויף די קאָמפּלימענ-טען, איז מיין רעדע געווען זעהר אַ קורצע.
— אַלץ וואָס איך קען אייך זאָגען איז, אַז איהר זייט אַ „באַנטש" פֿון די אינטערעסאַנטסטע באַים, וואָס איך האָב ווען עס איז באַגעגענט, — האָב איך געזאָגט. — איך גלויב, אַז דאָס איז די בעסטע רעדע, וואָס איך קען פֿאַר אייך האַלטען, און איך וויל אייהר מיט ווייטערע ווערטער ניט קאַליע מאַכען.
איך האָב זיך אַוועקגעזעצט.
63עס האָט אויסגעבראַכען אַ דונער פֿון אַפּלאָדיסמענטען און פֿון פֿריינדליכע געלעכטערס. דער אמת איז, אַז איך בין אײנפֿאַך געווען אַזוי צוטומעלט, אַז מעהר ווי די עטליכע ווערטער האָב איך ניט געקענט אַרויסברענגען. זיי אָבער, האָבען געמיינט, אַז איך האָב אומישנע געהאַלטען אַזאַ רעדע, און זיי האָבען געמאַכט אַ „היט".
קרעין איז דאַן געווען ניט מעהר ווי זעקס-און-צוואַנציג יאָהר אַלט — אַ דאַרער, אַ בלאַסער, מיט אַ אינטערעסאַנטען, אינטעלי-גענטען אויסזעהן. ניט אימער שפּיגעלט זיך דער טאַלאַנט פֿון אַ באַגאַבטען מענשען אָפּ אין זיין געזיכט. קרעינ'ס טאַלאַנט האָט זיך אין זיין געשטאַלט יאָ געזעהן. מיר זיינען אין דעם קלוב באַקאַנט געוואָרען, גערעדט וועגען זיינע ווערק, וועגען מיין ראָמאַן, וועגען האָוועללס'ן, וועגען היטשקאָק'ען. אונזער געשפּרעך איז צוערשט געווען אַ קאָמפּלימענט-וועקסלונג. דערנאָך זיינען מיר איבער-געגאַנגען צו אַן ערנסטען שמועס וועגען ליטעראַטור. אַם-דייט-ליכסטען געדענק איך, ווי ער האָט זיך באַקלאָגט אויף די קרי-טיקער, אַז זיי ווילען נאָר מען זאָל שרייבען דאָס, וואָס זיי רופֿען „שעהנע מעשׂיות". איך געדענק אויך ווי ער האָט געזאָגט:
— ווען איך האָב האָוועללס'עס אויפֿמערקזאַמקייט געצויגען אויף אײניגע פֿון די דומע קריטיקען, האָט ער זיך צולאַכט פֿאַרוואָס איך נעהם זיי ערנסט. מייסטע פֿון די קריטיקען ווערען דאָך געשריבען פֿון יונגע מיידלאַך אָדער יונגע לייט, כמעט באָיעס, האָט ער צו מיר געזאָגט. ווער עס מאַכט זיך ביי דער האַנט, יענעם גיט דער רעדאַקטאָר שרייבען אַ קריטיק.
אַרום עלף אוהר איז געקומען העמלען גאַרלאַנד, וועלכער איז דאַן געווען אײנער פֿון די בעסטע און פֿאָרטגעשריטענסטע שריפֿט-שטעלער אין אַמעריקא. זיין בוך פֿון קורצע ערצעהלונגען, אונ-טער דעם נאָמען „מיין טרעוועעלד ראָודס", איז באַשטאַנען פֿון סקיצען, וועלכע וואָלטען אין רוסלאַנד געמאַכט אַ רושם, וואָרים זיי האָבען געהאַט דעם ראַדיקאַל-רוסישען כאַראַקטער, און זיי זיי-נען געווען אינטערעסאַנט און בולט.
אום דער לעזער זאָל האָבען אַ באַגריף וועגען דעם כאַראַק-64טער פֿון זיין דאַמאָלסטדיגען שרייבען, וועל איך דאָ בקיצור אי-בערגעבען דעם אינהאַלט פֿון אײנער פֿון די ערצעהלונגען אין זיין „מיין טרעוועעלד ראָודס".
אַן אַמעריקאַנער פֿון דער נאָרטה קערט זיך אום פֿון דער מלחמה (צווישען דער נאָרטה און דער סאוטה). אײדער ער איז אַוועק צום פֿראָנט, האָט מען מיט איהם און מיט די אַנדערע רעקרוטען געמאַכט אַ פֿאַראַד. מען האָט געהאַלטען רעדעם וועגען פּאַטריאָטיזם, וועגען העלדישע זעלבסט-אָפּפֿערונג פֿאַר'ן פֿאַטער-לאַנד. מען האָט די וואָלונטירען באַגלייט מיט מוזיק, מיט הוררא-געשרייען. איצט, נאָך אַ פּאָר יאָהר פֿון טויט-געפֿאַהר און אַלערליי יסורים, קומט ער צוריק אַן עלנטער, אַ קראַנקער, אַן אויסגעפּלאָג-טער, און ער געפֿינט זיין פֿרוי אין נויט און אין צרות. וואו זיי-נען די פֿאַראַדען מיט דעם העלד איצטער? קיין אויפֿמערקזאַמ-קייט, קיין אינטערעס!
אַזאַ סאָרט ערצעהלונגען זיינען אין אַמעריקא דאַן געווען אַ גאַנץ אונגעוועהנליכע זאַך.
גאַרלאַנד איז פֿון דער וועסט, און דאַן האָט ער געוואוינט אין שיקאַגאָ. אַלזאָ האָט ער פֿאַר דעם קלוב געהאַלטען אַ קורצען פֿאָרטראַג וועגען דער נייער ליטעראַרישער באַוועגונג אין יענער שטאָדט, הויפּטזעכליך וועגען דעם שריפֿטשטעלער העגרי ב. פֿוללער. דערנאָך האָט קרעין פֿאָרגעלעזען דעם מאַנוסקריפֿט פֿון זיינע אַ נייע קורצע ערצעהלונג.
גאַרלאַנד, קרעין און איך און אַ פּאָר אַנדערע זיינען אַ היבשע צייט געזעסען און געשמועסט.
אין עטליכע טעג אַרום האָב איך מיט קרעינ'ען פֿאַרבראַכט אַן אָוונט אויף דער איסט-סײד. מעהר האָב איך איהם ניט געזעהן. ער איז געווען שוואַך אין געזונט. ער איז אַוועקגעפֿאָהרען פֿון ניו יאָרק. דערנאָך האָט ער געוואוינט אין דייטשלאַנד, און דאָרטען איז ער געשטאָרבען, אין 1900.
אין דער ניו יאָרקער צייטונג „פּרעסס" איז געווען אָפּגעדרוקט אַ צוויי-קאָלומדיגער באַריכט וועגען דער דערמאָנטער אונטערהאַל-65טונג אין דעם „לענטהאָרן קלוב", און ספּעציעל וועגען מיר — וועגען מיין פֿאַרגאַנגענהייט און מיין פֿאַרבינדונג מיט דער ענגלישער ליטעראַטור. די „קעפּעל" פֿון דעם אַרטיקעל איז געווען: „רע-אַליסטען אין דעם לענטהאָרן קלוב — גאַרלאַנד, קרעין און קאַהאַן זיינען די געסט".
„אויף דעם ערשטען דינער פֿון דעם סעזאָן אין דעם לענטהאָרן קלוב" — שטעהט אין דער ערשטער שורה פֿון דעם באַריכט — „זיינען די געסט געווען די דריי פֿאָרשטעהער פֿון רעאַליזם אין ליטעראַטור, וועגען וועלכע מען רעדט איצטער אַזוי פֿיל. דאָס זיינען העמלען גאַרלאַנד, סטיווען קרעין און אײברעהעם קאַהאַן, דער פֿאַרפֿאַסער פֿון „יעקל".
אין ענגלאַנד איז ביי צעהן מאָנאַט שפּעטער ערשינען אַ בא-זונדערע עדישאָן פֿון „יעקל", אַרויסגעגעבען פֿון דער פֿירמע ווילליאַם היינעמאַן. אין דער לאָנדאָנער טעגליכער צייטונג „דעילי קראָ-ניקל" איז דעם 7-טען מאַי, 1897, ערשינען אַ קריטיק אויפֿ'ן בוך. דער שרייבער פֿאַנגט אָן זיין איבערבליק מיט די פֿאָלגענדע ווער-טער:
„מיסטער אַ. קאַהאַן איז יענע זעלטענע פֿויגעל, אַ ראָמאַנען-שרייבער מיט אַ פּאָר אויגען אין קאָפּ, אַ שרייבער וועלכער באַ-מערקט וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער וועלט, און „יעקל" איז אַן אונגעהויער אינטערעסאַנטע איבערגעגעבונג פֿון זיינע באָאַבאַכטונגען אין דער פֿאַרמע פֿון אַ ראָמאַן. די שילדערונג איז געמאַכט גע-וואָרען אײנפֿאַך און אָהן איבעריגע ווערטער, און איז זעהר איבער-צייגענד און איינדרוקספֿול".
נאָכדעם ווי ער גיט איבער, מעהר אָדער ווייניגער אויספֿיהר-ליך, דעם אינהאַלט פֿון דעם ראָמאַן, שליסט ער מיט די ווערטער:
„מיסטער קאַהאַנ'ס ערצעהלונג פֿון דער ניו יאָרקער געטאָ איז אַ פֿרישע און עכטע שטיק באָאַבאַכטונג. דער בוך איז אונ-געוועהנליך אינטערעסאַנט".
66איך האָב אויבען געזאָגט אַז איך האָב פֿאַרנאַכלעסיגט אַלע איינלאַדונגען וועגען שרייבען סקיצען, אויסער אײנער. די אויס-נאַהמע איז געווען אַן איינלאַדונג פֿון דעם „קאָסמאָפּאָליטען" — אַ מאָנאַט-שריפֿט, וועלכען עס האָט מיט אַ קורצע צייט פֿריהער אָפּ-געקויפֿט אַ רייכער מאַן מיט'ן נאָמען בריסבען וואָקער. דיזער וואָ-קער האָט זיך געפֿונען אונטער דעם איינפֿלוס פֿון בעלאַמי'ס טעאָריע און ער האָט געפֿיהרט אַ הויך-מאָראַלישען, אידעאַליסטישען לעבען. אײן מאָל, צום ביישפּיל, האָט אַן אָפּגעריסענער ביי זיין 15-יאָהרי-גען זוהן אַטאַקירט מיט אַ מעסער און פֿאַרוואונדעט. דער אָרימער ביי האָט דעם יונגען וואָקער זאָגאַר ניט געקענט, נאָר דערזעהענדיג זיינע רייכע קליידער, האָט ער דערפֿיהלט אַ האַס צו איהם. דעם אָרימען אינגעל האָט מען אַרעסטירט, אָבער וואָקער און זיין זוהן האָבען זיך אַנטזאָגט צו זיין עדות און מען האָט דעם שולדיגען באַפֿרייט.
— איך קען פֿאָרשטעהן דעם אינגעל'ס געפֿיהלען, — האָט וואָקער געזאָגט. — ער איז נעבאָך אָרים, און ווען ער האָט דער-זעהן אַ רייכערען ביי אין אַ שעהנע קליידער, האָט דאָס איהם אויפֿ-געבראַכט. די געזעלשאַפֿטליכע סיסטעם אין וועלכער מיר לעבען איז אַן אונגערעכטע. ז י איז שולדיג, ניט דער בייזער ביי".
וואָקער האָט זיין רייכטום זיך ערוואָרבען אין דער וועסט. איצט, ווען ער האָט אָפּגעקויפֿט דעם „קאָסמאָפּאָליטען", האָט ער ז-זיך גענומען מיט ענערגיע איהם צו ענטוויקלען. ער האָט געהאַט גרויס ערפֿאָלג. דער זשורנאַל איז שנעל געוואָרען אײנער פֿון די וויכטיגסטע אין אַמעריקא.
אויפֿ'ן פֿאָדער-בלאַט האָט וואָקער אַוועקגעשטעלט דעם קאָמו-ניסטישען פּרינציפּ: „פֿון יעדען לויט זיינע פֿעהיגקייטען און יעדען לויט זיינע באַדערפֿענישען". דאָס הייסט אָבער ניט, אַז דער זשורנאַל האָט געפּרעדיגט קאָמוניזם אָדער סאָציאַליזם. וואָקער האָט אײנפֿאַך געוואָלט שאַפֿען אַ גוטען ערפֿאָלגרייכען זשורנאַל, און דעם קאָמוניסטישען אויסרוף האָט ער אַוועקגעשטעלט סתּם67אַלס אַ אידעאַליסטישע פּרינציפּען-ערקלערונג. זעלטען וועלכער אַמעריקאַנער עס האָט זאָגאַר געוואוסט אַז דאָס איז אַ קאָמוניס-טישער פּרינציפּ.
איך האָב זיך גענומען שרייבען אַן ערצעהלונג פֿאַר דעם „קאָס-מאָפּאָליטען". אין די שפּעטע נאַכט-שטונדען האָב איך דאָס גע-טאָן. די טעמא איז געווען אײנע פֿון די עטליכע, וועלכע איך האָב צוגעגרייט צוזאַמען מיט „יעקל", אײדער איך האָב באַשלאָסען וועלכע פֿון זיי איך וועל אויסקלייבען פֿאַר דעם ראָמאַן.
עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אַן אינטעליגענטע יונגע פֿאַר-פֿאָלק פֿון אונזער ניו-יאָרקער אימיגראַנטען-וועלט. דער יונגער-מאַן אַרבייט אין אַ פֿעקטאָרי און פֿאַרדינט קוים אויף חיונה. ער איז נידערגעשלאָגען. ער וואָלט וועלען פֿאַרלייכטערען דעם יאָך פֿון די רענט און ער מאַכט זיין פֿרוי אַ פֿאָרשלאַג, אַז זיי זאָלען אַריינגעמען אַ באָרדער (קעסטלינג). זיי ליבען זיך, און אין זייער פֿאַ-מיליען-לעבען זיינען זיי גליקליך. זי וואָלט געטאָן אַלעם מעגליכעס דעם מאַן צו העלפֿען, אָבער דער געדאַנק וועגען אַ באָרדער איז איהר ניט אַנגענעהם. זי איז אַ ציכטיגע. זי איז אויסגעהאָדעוועט געוואָרען אין אַ באַלעבאַטישער פֿאַמיליע. אַלזאָ, וויל זי ניט אַז אַ דריטער מענש זאָל זיך פֿלאַנטערען אין שטוב. אָבער דער מאַן שטעהט צו איהר צו, און זי גיט נאָך. זיי נעמען אַריין זייערען אַ באַקאַנטען, אַ יונגען מאַן, וועלכער שטודירט מעדיצין און מאַכט אַ לעבען אַלם אינשורענס-אַגענט. ער פֿאַרטיגט צו זיינע לעקציעם אין דער היים, און אָפֿט געפֿינט ער זיך אין שטוב בשעת דער פֿאַרהייראַטער יונגערמאַן איז אין שאַפּ. ער איז פֿאָרטאָן אין זיין מעדיצין און אין זיינע קאָלעקשאָנס. ער איז אָבער ניט פֿאַר'-דאגה'ט. ער איז לעבענסלוסטיג און האָפֿנונגספֿול, וועהרענד איהר מאַן זעהט אימער אויס מיד און נידערגעשלאָגען. צווישען איהם און דער יונגער באַלעבאָסטע שפּראָצט אַרוים אַ ראָמאַן.
דעם נאָמען — „סוירקאַמסטענסעס" (אומשטענדען) — האָט מיין פֿרוי מיר רעקאָמענדירט.
איך האָב געצווייפֿעלט אויב וואָקער וועט די ערצעהלונג אָנ-נעמען. זי ענדיגט זיך אַזוי טרויעריג, וועהרענד אַלע אַמעריקאַנער68ערצעהלונגען וואָס האָבען זיך געדרוקט אין די זשורנאַלען האָבען געהאַט אַ „העפּפּי ענדינג" (אַ פֿרעהליכען סוף), און אין דיזער באַציהונג איז דער „קאָסמאָפּאָליטען" ניט געווען קיין אויסנאַהם. אָבער וואָקער האָט דעם מאַנוסקריפֿט גלייך אָנגענומען. איך האָב זיך גראַטולירט מיט דעם געדאַנק, אַז מיין נאָמען איז שוין אַזוי וויכטיג, דאָס אַפֿילו אַן ערצעהלונג מיט אַ טראַגישען סוף נעמט מען ביי מיר אויך. איך האָב אָבער אַ טעות געהאַט.
אַ וואָך נאָכדעם ווי וואָקער האָט אָנגענומען דעם מאַנוסקריפֿט, האָב איך פֿון איהם באַקומען אַ צווייטען בריף: איך זאָל שרייבען אַ צווייטע ערצעהלונג, וועלכע זאָל זיין אַ פֿאָרטזעצונג פֿון דער ערשטער; דאָרטען זאָל געשילדערט ווערען וואָס פֿון דער פֿאָר-פֿאַלק איז געוואָרען.
איך האָב באַטראַכט דעם לעבען און די פֿאַרהעלטניסע, וואָס האָבען אַרומגערינגעלט די דריי פּערזאָן פֿון „סוירקאַמסטענסעס" און האָב זיך געזעצט שרייבען. איך האָב פֿאָרגעשטעלט ווי די פֿאָר-פֿאַלק באַגעגענט זיך נאָכהער ווידער. זיי מאַכען שלום, געהען ווידער וואוינען צוזאַמען, אָבער עס איז שוין ניט דאָס. זייער פֿריהערדינגער גליק איז שוין צובראָכען. איך האָב די ערצעהלונג אַ נאָמען געגעבען „דער צוריסענער פֿאָדים".
איך האָב עס אַוועקגעשיקט צו וואָקער'ן און האָב דעם מאַנו-סקריפֿט באַקומען צוריק מיט אַן ערקלערונג, אַז איך האָב איהם ניט פֿאַרשטאַנען: ער האָט ערוואַרט אַז אין דער צווייטער סקיצע וועט די טרויעריגע געשיכטע געשילדערט האָבען אַ פֿרעהליכען סוף, וועהרענד ביי מיר קומט אויס אַז דעם צוריסענעם פֿאָדים קען מען שוין גאַנץ ניט מאַכען.
אַזוי האָט געאַרבייט דער מוח פֿון יעדען אַמעריקאַנער רע-דאַקטאָר און פֿון כמעט יעדען אַמעריקאַנער בעלעטריסט. אַלזאָ האָט וואָקער וואָרשיינליך געמיינט, אַז אַזוי אַרבייט מיין מוח אויך: אויב די ערשטע ערצעהלונג ענדיגט זיך טרויעריג, וועט די צווייטע מסתּמא דאָס פֿאָרגלעטען.
איך האָב מורא געהאַט אַז מיין ערשטע ערצעהלונג וועט ער אויך ניט דרוקען. זי איז אָבער יע אָפּגעדרוקט געוואָרען. ווי אַזוי די רעדאַקציע האָט ערקלערט דיזען ווידערשפּרוך איז פֿאַר
69מיר עד היום אַ רעטעניש. איך האָב געשריבען צו וואָקער'ן און ער האָט מיר געענטפֿערט. פֿון זיין ענטפֿער האָב איך ניט געקענט דערגעהן קיין טאָלק. איך האָב גערעדט מיט האָוועללס'ן וועגען דעם, האָט ער געלאַכט.
— וואָקער איז אַ רעדאַקטאָר, — האָט ער געזאָגט.
„סוירקאַמסטענסעס" איז געווען אָפּגעדרוקט אין דעם נומער „קאָסמאָפּאָליטען" פֿון אַפּריל 1897. פֿון דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" ווייס דער לעזער, אַז די ערצעהלונג איז ערשינען ווען די „אָפּאָזיציאַניסטען" האָבען שוין אָפֿען געאַרבייט וועגען אַ נייער סאָציאַליסטישער אידישער צייטונג.
ווי מיר וועלען זעהן, האָב איך שפּעטער אין זיין זשורנאַל געהאַט נאָך עטליכע ערצעהלונגען. מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען נעהענטער. מיר האָבען עטליכע מאָל פֿאַרבראַכט צוזאַמען און גע-האָט לאַנגע שמועסען וועגען ליטעראַטור און סאָציאַלע פֿראַגען. אין מאַנכע זאַכען זיינען זיינע מיינונגען מיר אויסגעקומען זאָנ-דערבאַר. אָבער אַז ער איז אַ מאַן מיט אַ פֿיינעם גייסט און מיט אַ ברייטען, פֿאָרטגעשריטענעם בליק — דאָס האָב איך געפֿיהלט דורכאויס.
מיט עטליכע וואָכען שפּעטער איז ערשינען דער „פֿאָר-ווערטס", מיט מיר אַלס רעדאַקטאָר. אין עטליכע מאָנאַט נאָך דעם, אין אויגוסט, 1897, בין איך פֿון דעם „פֿאָרווערטס" אַרויס-געטראָטען.
דאָס ברענגט אונז צו דער צייט, צו וועלכער עס געהערט דער סוף פֿון דעם דריטען באַנד.
[ז׳ 43] פֿאַראַן אין דעם ראָמאַן אַ סצענע, ביינאַכט, וואו עס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי דער אונוויסענדער אָבערגלױביישער שמיד שרעקט זיך פֿאַר זיין געשטאָרבענעם פֿאַטער און לײענט קריאת-שמע אין צוטערניש. פּונקט אַזאַ סצענע געפֿינט זיך אין אַ געוויסער אידישער ערצעהלונג פֿון אַן אַנדער שרייבער, וועלכע איז שפּעטער דראַמאַטיזירט געוואָרען. זי איז אָבער ערשינען (אין ניו-יאָרק) דריי יאָהר נאָכדעם ווי מיין ראָמאַן איז געדרוקט געווען אין דער „אַרבייטער צייטונג" און, אױף ענגליש, אין בוך-פֿאָרם.
[ז׳ 61] „לענטהאָרן" איז אַ פֿאַרצייטיגער ענגלישער וואָרט. היינט איז דאָס „לענטערן", אַ לאַנטערנע.