70איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס" מיט אַ געפֿיהל פֿון גייסטיגער פֿאַרמאַטערטקייט. איך בין געווען אין דעם סאָרט צושטאַנד, ווען דאָקטוירים ראַטען אַ פּאַציענט אַוועקצופֿאָהרען אױף עטליכע וואָכען, אַרױסצושלאָגען זיך פֿון קאָפּ אַלץ וואָס האָט געשטערט זיין רוה.
די ערשטע פֿראַגע איז געווען וועגען דער טעגליכער חיונה.
אין קעשענע איז געווען פּוסט. „יעקל" האָט מיר קיין מאַטעריעלע רעזולטאַטען ניט געבראַכט. די באַגייסטערטע קריטיקען און דער גאַנצער גערודער, וועלכען דער בוך און האָוועלל'ס אַרטיקעל האָבען אַרױסגערופֿען, האָבען אין דעם פֿאַרקויף געהאָלפֿען נאָר די ערשטע פֿאָר וואָכען. די אַמעריקאַנער, וואָס קױפֿען ביכער, האָבען געהאַט די זעלבע מיינונג און דעם זעלבען געשמאַק ווי נעלסאָן און פֿיליפּם. די „אונמאָראַלישע" ליבעס-געשיכטע פֿון אַן אָרימען אידישען אימיגראַנט האָט זיי ניט אינטערעסירט.
איך גלױב ניט, אַז דאָס האָט געהאַט אירגענד וועלכע שייכות צו אַנטיסעמיטיזם. ראָמאַנען וועגען אײרישע האָבען אױך ניט געהאַט קיין ערפֿאָלג. דער אַמעריקאַנער לעזער — און דאָס הייסט הױפּטזעכליך די אַמעריקאַנער לעזערין — האָט געוואָלט האָבען מעשיות וועגען אַריסטאָקראַטישע אַמעריקאַנער. אױף אימיגראַנטען האָבען זיי געקוקט פֿון אױבען אַראָפּ. היינט איז נאָך אױך אַזױ, אָבער שױן ניט אין אַזאַ מאָס ווי אין יענע יאָהרען. וואָס71אנבאַטרעפֿט דעם לעזער'ס באַציהונג צו געשלעכט-ענינים אין ליטעראַטור, איז דער עולם היינט געוויס אַ סך מעהר אַנטוויקעלט.
אױב דער אינטערעס וואָס מיין בוך האָט אַרױסגערופֿען האָט מיר באַװיפֿען מיט טרױמען וועגען גרױסע איינקונפֿטען, האָב זיך שױן פֿון זיי אױסגעניכטערט. עס איז פֿאַר מיר געוואָרען קלאָר, אַז מיט ראָמאַנען אָדער ערצעהלונגען פֿון אידישען לעבען, און מיט רעאַליסטישע שילדערונגען איבערהױפּט, וועל איך קיין עקאָנאָמישע גליקען ניט מאַכען. מיין אינטערעס אין ליטעראַטור האָט דאָס ניט אָפּגעשוואַכט, אָבער מיינע פֿינאַנסען זיינען געווען אין אַזאַ טרױעריגען צושטאַנד, אַז שרייבען איז פֿאַרסט אונמעגליך געווען. דער האָנאָראַר פֿון „סױרקאָמסטענסעם" (פּופֿציג דאָלאַר, דאַכט זיך) איז שױן לאַנג אַוועק, און קיין אַנדערע סקיצען האָב איך אין די לעצטע עטליכע מאָנאַט אױף ענגליש ניט געשריבען.
אױף פֿילע פֿון די איינלאַדונגען וואָס איך האָב באַקומען פֿון זשורנאַלען האָב איך ניט נעענטפֿערט. האָט מען מיר קיין נייע ניט געשיקט. דער ערשטער פּאָבליסיטי-קאָך איז פֿאַראיבער. איך האָב געדאַרפֿט אױפֿשרייבען עפּעס און דאָס שיקען אין די רעדאַקציעס. אָבער זעצען זיך שאַפֿען בעלעטריסטיק איז איצט מיר געווען שווער. צו אַזאַ באַשעפֿטיגונג מוז איך זיין אין אַ גרינגען געמיט, גאַנץ פֿריי פֿון ברױט-זאָרגען.
„ווען עס רעגענט שױן, ווערט שױן אַ שלאַגס-רעגען", זאָגט מען אױף ענגליש. גראָד ווען איך האָב זיך אַזױ געניוטיגט אין אַ רעגעלמעסיגען פֿאַרדינסט, כאַטש נאָר אױף דאָס נױטיגנסטע, גראָד דאַן דאַרף איך פֿאַרלירען מיין שטעלע אַלם לעהרער אין דער איווענינג סקול, וועלכע איך האָב אָנגעהאַלטען עלף יאָהר.
די אַרבייט אין דער איווענינג סקול פֿלעגט זיך אָנפֿאַנגען אין אָקטאָבער און זיך ענדיגען אין אַפּריל, און די באַשטימונג אױף דער שטעלע פֿלעגט יעדען יאָהר מוזען באַנייט ווערען. אין די גאַנצע עלף יאָהר האָב איך קיינמאָל וועגען דעם קיין שוועריגקייט ניט געהאַט. די „טראָסטיס", די שול-דירעקטאָרען פֿון דעם קוואָרטאַל, פֿלעגען שױן אַליין אַרױפֿשטעלען מיין נאָמען. דיזען מאָל אָבער האָבען זיי מיין נאָמען דורכגעלאָזען. איך בין געגאַנגען זיך נאָכפֿרעגען, און צוערשט האָב איך ניט געקענט דערגעהן דעם אמת.
72מען האָט מיר געגעבען פֿאַרשיידענע תירוצים. ענדליך האָט דער אַסיסטענט-פּרינסיפּאַל פֿון דער איווענינג סקול, אַ שעהנער בלאָנדער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען סטראָבען מילער, מיר פֿאַרטרױט דעם אמת. מיר האָבען זיך גראָד געטראָפֿען אין אַסטאָר לייברערי, ביי איין טיש, און שמועסענדיג שטילערהייד האָט ער מיר אײנגעראָמט אַ סוד:
„אײנער פֿון די טראָסטיס האָט פֿאַר-אײ-יאָהרען, פֿאַר די וואָהלען, אײך געזעהן אױפֿ'ן גאַס, ווען איהר האָט געהאַלטען אַ סאָציאַליסטישע רעדע פֿון אַ וואָגען".
יענער סיזאָן איז שױן געווען פֿאַרפֿאַלען. מען האָט מיך אין מיטען סיזאָן ניט ענטזאָגט: אױף ווייטער אָבער האָט מען מיין נאָמען שױן ניט אַרױפֿגעשטעלט.
די אײנציגע זאַך צו וואָס איך האָב זיך געקענט נעמען איידער איך וועל זיין אימשטאַנד צו באַשעפֿטיגען זיך מיט בעלעטריסטיק, איז געווען שרייבען אַרטיקלען פֿאַר די ענגלישע צייטונגען, ווי אין פֿריהעריגע יאָהרען. אַזױ האָב איך געטאָן. איך האָב אױפֿגעשריבען אַן אַרטיקעל און איהם אַרױפֿגעטראָגען אין דער רעדאַקציע פֿון דער „סאָן".
עראַזמום דאַרווין ביעטש איז דאָרטען שױן ניט געווען. זיין פּלאַץ אַלם הױפּט קאָפּי-רידער פֿאַר די זונטאָג-נומערען איז שױן לאַנג געווען באַזעצט פֿון אײנעם מיט'ן נאָמען היווען. היווען האָט מיין אַרטיקעל אָנגענומען, און איך בין דאַן געווען כמעט זיכער מיט אַן אַרטיקעל יעדע וואָך. דאָס איז אָבער געווען וועניג. האָב איך אױפֿגעשריבען נאָך אַן אַרטיקעל און בין אַוועק אין אַ צווייטער רעדאַקציע.
איך האָב אױסגעקליבען די „איווענינג פּאָסט", ווייל זי איז געווען פֿאַר אַן אינטעליגענטערען קלאַס לעזער, און שבת האָט זי געדרוקט אַזעלכע אַרטיקלען אָדער פֿעליעטאָנען, ווי די וואָס איך האָב געשריבען פֿאַר דער „סאָן". די צייטונג האָט זיך דאַן גע73פֿונען אין אַן אַלטע הױז אױף פֿולטאָן סטריט, לעבען דעם קאָרנער פֿון נעססאָו. אַן עלעוויטאָר האָט מיר אַרױפֿגעבראַכט אױפֿ'ן טאָפּ פּלאָאָר. דאָרטען האָט מען מיר אָנגעוויזען וואָו די רעדאַקציע איז. אַן אָפֿיס-באָי האָט ביי מיר צוגענומען דעם מאַנוסקריפּט און אַרײנגעטראָגען אין דעם נעקסטען צימער. אין פֿינף מינוט ארום איז אַרױסגעקומען אַ יונגערמאַן, ניט קיין הױכער, מיט אַ בלאָנד בערדעל, מיט אַ זעהר פֿריינדליכען שמייכעל אױפֿ'ן פּנים.
— מיר איז זעהר אָנגענעהם מיט אײך באַקאַנט צו ווערען, מר. קאַהאַן. איך האָב געלעזען „יעקל", — האָט ער געזאָגט, און מיר אײנגעלאַדען אינוועניג.
ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַלם לינקאָלן סטעפֿפֿענס, אַסיסטענט פֿון דעם סיטי-עדיטאָר.
דער סיטי-עדיטאָר — מילהאָלענד — איז אױך געווען ניט קיין הױכער, אַ מאַן מיט אַ סעריעזען פּנים. סטעפֿפֿענס האָט מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איהם.
סטעפֿפֿענס האָט געענדיגט אוניווערזיטעט אין קאַליפֿאָרניא, און דערנאָך האָט ער שטודירט אין דייטשלאַנד. ער האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט ליטעראַטור. ער האָט געוואָלט שמועסען מיט מיר וועגען מיין ליטעראַרישער אַרבייט און וועגען ליטעראַטור אין אַלגעמיין, האָט ער מיר געבעטען וואַרטען אַ וויילע, כדי ער זאָל קענען געהן מיט מיר צוזאַמען; און דערווייל וועט מילהאָלענד דורכקוקען מיין מאַנוסקריפּט.
מילהאָלענד האָט דעם אַרטיקעל אָנגענומען. סטעפֿפֿענס האָט מיר געזאָגט, אַז ער וועט געדרוקט ווערען מאָרגען, און ער האָט זיך אָנגעטאָן צום געהן.
מיר זיינען אַרונטער אױפֿ'ן גאַס. מיר זיינען זיך דורכגעגאַנגען אַ וויילע. ער האָט געפֿרעגט וועגען מיינע ליטעראַרישע74זיך און האָט מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זיין פֿרױ און פֿאַר איהר מוטער.
אין דער „איווענינג פּאָסט" האָב איך געדרוקט נאָך אַ פֿאָר אַרטיקלען. אַזױ ווי איך האָב געוואָלט דעם קוואָל פֿון מיין פֿאַרלױפֿיגען איינקונפֿט נאָך מעהר פֿאַרגרעסערען, האָט סטעפֿפֿענס מיר רעקאָמענדירט צו דער רעדאַקציע פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער". דאָס איז געווען די עלטסטע צייטונג אין ניו יאָרק. זי איז געגרינדעט געוואָרען אין דער צייט פֿון דער פֿראַנצױזישער רעוואָלוציע, און איהר גרינדער איז געווען דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם באַריהמטען ווערטער-בוך, נאָאה וועבסטער.
די צייטונג איז געלעזען געוואָרען פֿון די עלטסטע און רייכסטע אַמעריקאַנער פֿאַמיליעם פֿון ניו יאָרק און אַרומיגע געגענדען. איהר סױרקולײישאָן איז געווען אַ קליינע. זי האָט געהאַט אײניגע אַדווערטייזמענטס, וועלכע האָבען זיך גוט באַצאָהלט, אָבער ניט גענוג צו עקזיסטירען. איהרע באַלעבאַטים זיינען אָבער געווען גרױסע מיליאָנערען, די האָנטינגטאָן פֿאַמיליע, און זיי האָבען איהר אױפֿגעהאַלטען צוליב אײנפֿלוס און כבוד און אױך אַלם אַ מין ספּאָרט.
אין די אידישע געגענדען פֿלעגט מען די צייטונג קיינמאָל ניט זעהן. אין די עכט-אַמעריקאַנישע גאַססען פֿלעגט מען איהר יאָ זעהן, הגם דאָרטען פֿלעגט זי זיך אױך ניט פֿאַרקױפֿען שטאַרק. מען האָט זיך אָבער צו איהר פֿאַרהאַלטען מיט רעספּעקט.
סטעפֿפֿענס'עם באַקאַנטשאַפֿט מיט דער רעדאַקציע איז געווען דורך אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסט מיט'ן נאָמען נאָרמאַן האַפּגוד, וועלכער איז געווען זיינער אַ נאָהענטער פֿריינד. דאָס איז געווען אַ יונגערמאַן מיט אַן עכט אַמעריקאַנישען פּנים, אױף וועלכען עס איז געלעגען דער זיגעל פֿון אַ אוניווערזיטעט-ערציהונג. געוועהנליך איז אױף אַ געבילדעטען אַמעריקאַנער די בילדונג ניט לייכט צו באַמערקען. צווישען אַ פּראָפֿעסאָר און געשעפֿטסמאַן איז, לױט זייערע געשטאַלטען, אַ קנאַפּער אונטערשייד. עס זיינען אָבער פֿאַראַן אױסנאַהמען, און נאָרמאַן האַפּגוד איז געווען אַזאַ אױסנאַהם.
75ער איז געווען דער דראַמאַטישער רעדאַקטאָר פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער", און זיינע טעאַטער-קריטיקען האָבען אָנגעהױבען צו ציהען די אױפֿמערקזאַמקייט פֿון די אינטעליגענטע קלאַסען.
דער „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" האָט זיך דאַן געפֿונען אין אַן אַלטער געביידע פֿונקט אַנטקעגען דעם דזשענעראַל פּאָסט-אָפֿים, אױפֿ'ן דאַונטאַון. איך האָב אַרױפֿגעקלעטערט אױף צוויי הױכע טרעפּ (קיין עלעוויטאָר איז ניט געווען), און בין אַרײנגעקומען אין אַ גרױסען, זעהר לאַנגען צימער, אין וועלכען עס איז געשטאַנען אַ לאַנגער, לאַנגער טיש און עטליכע דעסקס. אין ווינקלען האָבען זיך פֿון דער ווייטענס געזעהן נאָך דעסקס. אױף אַ העכערען עטאַזש האָט די רעדאַקציע געהאַט אַ פֿאָר קלענערע צימערען, און אין אײנעם פֿון זיי האָט האַפּגוד געהאַט זיין שרייב-טיש. איך בין אַרױף צו איהם. נאָכדעם ווי מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען און געהאַט אַ קורצען געשפּרעך, האָט ער מיר אַראָפּגעפֿיהרט צוריק אין דעם אַלגעמיינעם צימער. ער האָט מיר אַרײנגעפֿיהרט אין אַ קליינינקען צימערעל מיט אַ גלעזערנער טיר און מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר'ן הױפּט-רעדאַקטאָר, אַ הױכער ברונעט מיט אַ סקאַטישער אױסשפּראַך — העררי דזש. ראַיט.
האַפּגוד איז צוריק אַוועק צו זיין אַרבייט; איך און ראַיט זיינען געבליבען שמועסען אַ היבשע צייט. ער האָט אױף מיר געמאַכט זעהר אַ גוטען איינדרוק. דער רעזולטאַט פֿון דיזען געשפּרעך איז געווען, אַז ראַיט האָט מיר געבעטען באַשרייבען די אידישע ימים טובים סוכות און שמחת-תורה, וועלכע האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען יענעם אָוונט. איך האָב דעם אַרטיקעל געבראַכט דעם נעקסטען פֿריהמאָרגען און ער איז ערשינען יענעם נאָכמיטאָג.
עס איז געווען נאָהענט צו די שטאָדט-וואָהלען, און זיי האָבען געהאַט אַ באַזונדערע וויכטיגקייט. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אױסקלייבען אַ מעיאָר ניט פֿאַר דער אַלטער שטאָדט ניו יאָרק, ווי אימער, נאָר פֿאַר „גרייטער ניו יאָרק" (אַ פֿאַרגרעסערטע ניו76יאָרק), דאָס הייסט, פֿאַר ניו יאָרק, ברוקלין און די שטעדטלאַך אַרום ברוקלין, אין קווינס קאַונטי און אין סטעטען אײלאַנד.
עס איז דורכגעגאַנגען אַ געזעץ וועגען פֿאַראייניגען דיזע אַלע פּלעצער אין אײנעם, אונטער אַן אַלגעמיינעם נאָמען: „ניו יאָרק", און דעם ערשטען יאַנואַר האָט דיזע ענדערונג באַדאַרפֿט אַרײנקומען אין קראַפֿט. די וואַהלען פֿאַר מעיאָר האָבען באַדאַרפֿט פֿאָרקומען אין אָנהױב נאָוועמבער, ווי געוועהנליך. דיזען מאָל איז אַלזאָ אױסגעקומען צו ערוועהלען דעם ערשטען מעיאָר פֿון דער פֿאַראייניגטער שטאָדט.
טעמעני האָט אַלם איהר קאַנדידאַט אַריסגעשטעלט ראָבערט אַ. וועך-ווייק'ן, פֿון ניו יאָרק, און די רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי בענדזשאַמין פּ. טרייסי'ן פֿון ברוקלין. די „אינדעפּענדענטס" — אַן אָרגאַניזאַציע פֿון בירגער, וואָס האָבען באַקעמפֿט די קאָרופּטע פּאָליטישענס — האָבען אַרױסגעשטעלט סעטה לאָו'ן, אױך פֿון ברוקלין. ער איז אַמאָל געווען צוויי טערמינען מעיאָר פֿון ברוקלין, און איצט איז ער געווען פּרעזידענט פֿון קאָלאָמביא קאָלעדזש און פֿון דער יוניווואירסיטי סעטעלמענט (זעה דריטען באַנד, זייט 276). ער האָט געהאַט אַ נאָמען אַלם אַ העכסט-עהרליכער, אינטעליגענטער מאַן און אַלם אַ טרייער כלל-טוער.
די רעפּובליקאַנער אַליין האָבען זעלטען אַ מעגליכקייט צו ערוועהלען זייערען אַ מעיאָר-קאַנדידאַט אין ניו יאָרק. אַלזאָ האָבען זיך די „אינדעפּענדענטס" געווענדעט צו רעפּובליקאַנישע לידערס, אַז זיי זאָלען קיין באַזונדערען קאַנדידאַט ניט אַרױסשטעלען און אונטערשטיצען לאָו'ען — מיט געמיינשאַפֿטליכע קרעפֿטען צו באַקעמפֿען די קאָרופּטע טאַמאַני און ניט צולאָזען אַז זי זאָל אַרײנכאַפּען די הערשאַפֿט איבער דער פֿאַראייניגטער שטאָדט. פֿאַר רעפּובליקאַנישע פּאָליטישענס איז אָבער וויכטיגער צו האָבען אַן אײגענעם קאַנדידאַט, אַפֿילו ווען זיי האָבען ניט די קלענסטע אױסזיכטען איהם צו ערוועהלען. וואָרים מיט אַן אײגענעם קאַנדידאַט קענען זיי מאַכען קאָמפּראָמיסען, פּאָליטישען מסחר מיט די טאַמאַני פּאָליטישענס. אַלזאָ האָבען זיי זיך אַנטזאָגט צו געהן מיט די „אינדעפּענדענטס" און האָבען אַרױסגעשטעלט טרייסי'ן.
עס איז געווען אַ פֿערטער קאַנדידאַט אױך. דער באַריהמטער77העגרי דזשאָרדזש איז דיזען יאָהר ווידער געלאָפֿען אַלם מעיאָר-קאַנדידאַט, אָבער שױן אַלם פֿאָרשטעהער בלױז פֿון „סינגעל טעקסערס". די סאָציאַליסטען זיינען צו איהם מעהר ניט צוגעשטאַנען. די באַגייסטערונג, מיט וועלכער ער איז אױפֿגענומען געוואָרען אין 1886 (זעה צווייטען באַנד, ז. 257—268) האָט שױן איצט געפֿעלט.
פֿון אָנשטרענגונג און פֿון ענטױשונג איז ער קראַנק געוואָרען און געשטאָרבען פֿאַר די וואָהלען.
די „סינגעל טעקסערס" האָבען אױף זיין פּלאַץ גלייך אַרױסגעשטעלט זיין זוהן, וועלכער האָט גראָד געהאַט זיין ערשטען נאָמען אױך (העגרי דזשאָרדזש דזשוניאָר).
דער „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" איז געווען אַ רעפּובליקאַנישע צייטונג. אַלזאָ האָט זי אַגיטירט פֿאַר טרייסי'ן.
— היינט ביינאַכט וועט פֿאָרקומען אַ גרױסער טרייסי-מיטינג, — האָט צו מיר געזאָגט ראַיט. — געהט אַריבער אַהין און שרייבט מיר אױף אַ כאַראַקטער-בילד פֿון טרייסי'ן.
— איך בין אָבער אַ סאָציאַליסט, — האָב איך באַמערקט.
ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס איך מיין. ווען איך האָב איהם ערקלערט, אַז מיר האַלטען דאָס פֿאַר ניט קיין שעהנע זאַך, ווען אַ מענש, וואָס געהערט צו אַ געוויסער פּאַרטיי, שרייבט פֿאַר אַ קאַנדידאַט פֿון אַן אַנדער פּאַרטיי, האָט דאָס איהם פֿאַראינטערעסירט.
— איך וויל נאָר איהר זאָלט באַשרייבען ווי ער זעהט אױס, — האָט ער ערקלערט, — ווי ער האַלט אַ רעדע, וואָס פֿאַר אַן איינדרוק ער מאַכט, און אױך געבען אַ פֿאָר שטריכען פֿון דעם מיטינג. שרייבט ווי איהר ווילט.
אױף מאָרגען אין דער פֿריה האָב איך געבראַכט דעם אַרטיקעל. ער איז ניט געווען גינסטיג פֿאַר טרייסי'ן, און מען האָט איהם ניט געדרוקט.
— איך האָב נאָר געוואָלט זעהן ווי איהר שרייבט, — האָט ראַיט מיר ערקלערט. — בעלעטריסטיק איז אײן זאַך און שרייבען פֿאַר אַ צייטונג איז אַן אַנדער זאַך.
— קיין פּאָליטישע אַרטיקלען אָדער שילדערונגען קען איך פֿאַר אייער צייטונג ניט שרייבען, — האָב איך געזאָגט. — איך בין אַ78סאָציאַליסט. איך קען אייך געבען אַנדערע זאַכען.
ער האָט דאָס אױסגעהערט מיט אַ שמייכעל. ער האָט באַמערקט אַז אין די אַמעריקאַנער צייטונגס-רעדאַקציעס זיינען פֿאַראַן לייט-אַרטיקעל שרייבער, וועמען עס קומט אױס צו שרייבען געגען זייערע פּאָליטישע איבערצייגונגען. אַ דעמאָקראַט, צום ביישפּיל, שרייבט פֿאַר דער רעפּובליקאַנישער פּאַרטי אָדער פֿאַרקעהרט.
„דאָס ווערט ניט באַטראַכט אַלם צבועתסטוואָ", — האָט ער געזאָגט, — „אָבער אױב איהר זייט שטרענג אין אַזעלכע זאַכען, איז דאָס זעהר שעהן".
איך האָב דערנאָך געבראַכט באַשרייבונגען פֿון פֿאַרשיידענע קוואַרטאַלען, טיפּען, סצענעם, און ער האָט אַלץ צוגענומען.
די וואַהלען האָבען זיך געענדיגט מיט אַ זיג פֿאַר טאַמאַני. סעטה לאָו האָט געהאַט אַ סך מעהר וואָוטס ווי טרייסי, אָבער ווען-ווייק האָט געהאַט מעהר ווי סעטה לאָו. ביידע צוזאַמען האָבען באַקומען גענוג שטימען טאַמאַני צו באַזיגען. זייענדיג אָבער באַזונדער, האָבען זיי דעם אַנטי-טאַמאַני וואָוט צושפּאָלטען און די קאָרופּטע טאַמאַני איז געוואָרען בעל-הבית'טע איבער גרייטער ניו יאָרק.
וואָס אָנבאַטרעפֿט העגרי דזשאָרדזש'ען, האָט ער געצײגען וועניגער ווי 27 טױזענט שטימען — אַ פֿערטעל פֿון טרייסי'ן.
איך האָב אַלזאָ איצט געשריבען פֿאַר דריי צייטונגען: „סאָן", „איווענינג פּאָסט" און „קאָממוירשעל אַדווערטייזער".
אײן מאָל, ווען איך בין צוגעקומען צו ראַיט'ן, האָט ער צו מיר געזאָגט: „מיר מאַכען אַן ענדערונג: סטעפֿפֿענס ווערט ביי אונז דער סיטי עדיטאָר".
דערנאָך האָט ער צוגעלעגט: „און ער וויל ניט אַנדערש אַז איהר זאָלט ווערען אַ מיטגליד פֿון אונזער סטעף. איך האָב איהם צוגעזאָגט מיט אייך זיך דורכצורײדען וועגען דעם".
79דאָס איז פֿאַר מיר געווען ווי געוואונשען. שרייבען פֿאַר פֿאַרשידענע צייטונגען, זוכען טעמאַס, און אָפֿט אַ גוטע ליטעראַרישע טעמאַ פֿאַרברױכען אױף אַ געוועהנליכען צייטונגס-אַרטיקעל, — דאָס איז ניט קיין אָנגענעמע באַשעפֿטיגונג. איך האָב געוואָלט האָבען אַ באַשטימטען איינקונפֿט. נאָר אױף אַזאַ אַרט וואָלט מיין קאָפּ געווען פֿריי פֿון דאגות-חיונה, און איך וואָלט זיך געקענט נעמען צו בעלעטריסטישע פּלענער. דאָס איז געווען אײנע פֿון די אורזאַכען פֿאַרוואָס ראַיט'ס פֿאָרשלאַג איז מיר געווען וווילקאַמען.
אַ צווייטע אורזאַכע איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: זינט איך האָב גענומען שרייבען ערצעהלונגען אױף ענגליש, איז מיר געוואָרען אַלץ דייטליכער, אַז מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט דער וועלט איז אַ באַשרענקטע. איך האָב געקענט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג, די אידישע אַרבייטער-באַוועגונג און די אידישע וועלט אין אַלגעמיין. איך האָב אָבער געדורשט צו קומען אין באַריהרונג מיט פֿאַרשידענע קלאַסען, פֿאַרשידענע פֿאַכען, אַרײנצוקוקען אין פֿאַרשידענע ווינקלען פֿון דער גרױסער פֿילפֿאַרביגער אַמעריקאַנער וועלט, און אַ פֿאַרבינדונג מיט אַן אַמעריקאַנער צייטונג, אַלם אַ רעגעלמעסיגער רעפּאָרטער, איז אַ גוטער מיטעל דערצו. אמת, דער „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" איז ניט געווען קיין זעהר פֿאַרשפּרײטע צייטונג, אָבער געפֿיהרט האָט זי זיך ווי אַלע אַמעריקאַנער טעגליכע בלעטער. געלט און פֿאַרבינדונגען האָט זי געהאַט גענוג, אַרױסגעגאַנגען איז זי גרױס און שעהן, און זי איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער „אַסאָשיאיטעד פּרעס", מיט די וויכטיגסטע און פֿאַרשפּרײטסטע צייטונגען צוגלייך.
איך האָב אַלזאָ דעם פֿאָרשלאַג אָנגענומען.
אין אַ געוויסען מאָנטאָג, אין נאָוועמבער 1897, איז לינקאָלן סטעפֿפֿענס געוואָרען דער סיטי עדיטאָר פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער", און איך בין געוואָרען אײנער פֿון זיינע רעפּאָרטערס.
אין דעם צווייטען באַנד ווערט דערצעהלט, ווי אַ קורצע צייט נאָך מיין קומען קיין אַמעריקא האָב איך זיך פֿאַרשריבען אין אַ80געוועהנליכע פּאָבליק סקול, כדי צו לערנען די ענגלישע שפּראַך און אַלע אַנדערע שול-געגענשטאַנדען, אױף ענגליש, צוזאַמען מיט אַמעריקאַנער קינדער. איך האָב געוואָלט איבער-אַ-נײעס ווערען אַ שול-שילער, נאָר אױפֿ'ן אַמעריקאַנער שטייגער. אַן עהנליכען געפֿיהל האָב איך געהאַט איצט, ווען איך בין אָנגעקומען אין „קאָממוירשעל אַדווערטייזער". איך האָב געוואָלט דורכמאַכען אַלע ערפֿאַהרונגען פֿון אַן אַמעריקאַנער צייטונגס-מענש.
אום ריכטיגער צו ערקלערען מיין גייסטיגען צושטאַנד אין יענע טעג, וועט זיין בעסער צו זאָגען, אַז דאַן ערשט, ווען איך בין שױן געווען אַ מיטגליד פֿון דעם אינערליכען סטעף פֿון דער צייטונג, האָב איך דערפֿיהלט ווי וועניג איך בין באַקאַנט מיט'ן לעבען און ווי וויכטיג עס איז פֿאַר מיר, אַלם אַ שריפֿטשטעלער, מיט איהם באַקאַנט צו ווערען אױף אַ ברייטערען שטייגער.
סטעפֿפֿענס האָט ביי מיר געפֿרעגט: „וואָס פֿאַר אַ סאָרט אַרבייט ווילט איהר טאָן?"
און מיין ענטפֿער איז געווען:
„גיט מיר עססאַינמענטס, וועלכע זאָלען מיך ברענגען וואָס נעהענטער צום לעבען".
„אױב אַזױ" — האָט ער זיך אָפּגערופֿען — „געהט אין פּאָליס-העדקוואָדערס. מיר האָבען דאָרטען אַ רעפּאָרטער, אָבער אױב איהר ווילט, וועל איך אייך געבען דעם „דזשאַב". דאָרטען ווערען געמעלדעט אַלע דראַמאַטישע פּאַסירונגען פֿון שטאָדט.
דערביי האָט ער מיר ערקלערט, אַז אין די פּאָליס העדקוואָדערס איז פֿאַראַן אַזאַ פּענסטעריל, און אַזױ ווי שנעל ווי עס ווערט עפּעס מעלעפֿאָנירט אַהין, באַווייזט זיך דאָרטען אַ קורצער באַריכט.
„גוט, איך געה אַהין" — האָב איך געזאָגט.
פֿאַר דעם ניט-אַמעריקאַנער לעזער וועט פֿילייכט זיין אַם פּלאַץ די פֿאָלגענדע ערקלעהרונג:
דער וואָרט „רעפּאָרטער" האָט אין דעם אַמעריקאַנעם זשורנאַליזם ניט דעם זעלבען זין ווי אין דעם אײראָפּעאישען. ער האָט81אַ פֿיל ברייטערען זין. ער שליסט, צווישען אַנדערעם, אײן דאָס, וואָס מען רופֿט אין פֿראַנקרייך, דייטשלאַנד אָדער רוסלאַנד „פֿעלעטאָניסט". הגם, ווי מיר וועלען זעהן, זיינען ספּעציעלע פֿעליעטאָנען-שרייבער פֿאַראַן אין אַמעריקא אױך.
אין אַ ניו-יאָרקער, פֿילאַדעלפֿיער אָדער שיקאַגאָ'ער צייטונג נעמט דער נאָמען „רעפּאָרטער" אַרום די פֿאַרשיידענסטע גראַדען צייטונגס-אַרבייט, פֿון אַ קורצער, טרוקענער מעלדונג ביז אַ העכסט טאַלאַנטפֿולער שילדערונג אָדער באַליכטונג. אַ רעפּאָרטער שפּילט אין אַמעריקא איבערהױפּט אַן אַנדער ראָלע ווי אין אײראָפּא — אַ פֿיל ברייטערע ראָלע.
אַמעריקאַנער צייטונגען ווערען געפֿיהרט אַנדערש, גאַנץ אַנדערש, ווי די אײראָפּעאישע. זיי זיינען אַ סך גרעסער, און זיי גיבען אָפּ אַ סך מעהר פּלאַץ צו סענסאַציאָנעלע און איבערהױפּט צו וועלטליכע פּאַסירונגען. אַ מאָרד, אַ רױבעריי, אַ גט-פּראָצעס, וועלכער וואָלט אין אַ אײראָפּעאישער צייטונג אָפּגע'פּטר'ט געוואָרען מיט עטליכע שורות, פֿאַרנעהמט אין אַן אַמעריקאַנער צייטונג אָפֿט עטליכע קאָלומס.
איהר לעזט, צום ביישפּיל, אַ באַריכט וועגען אַ גרױסער טראַגישער שרפֿה, אָדער וועגען אַ שטורמישער פֿאַרזאַמלונג פֿון אונגעוועהנליכער פּאָליטישער וויכטיגקייט. אַזױ באַריכט איז אַן אַרטיקעל פֿון פֿילע קאָלומס, און דאַן איז ער וואַרשיינליך געשריבען פֿון מעהרער ווי אײן רעפּאָרטער. אױב אָבער ער באַשטעהט פֿון בלױז דריי אָדער פֿיר קאָלומס, איז ער מייסטענס די אַרבייט פֿון אײן האַנט. צי אַזױ, צי אַזױ, דער כאַראַקטער איז דערזעלבער, און דאָס רוב איז אױף איהם ניטאָ דער נאָמען פֿון דעם שרייבער.
ווען איהר לעזט דאָס, זעהט איהר, אַז אַ טייל איז געשריבען מיט קאָליר, בולט און שעהן, און אַן אַנדער טייל באַשטעהט אפֿשר פֿון אַ גלענצענדער מיטטיילונג און אױסטייטשונג פֿון פֿאַקטען. עס ענטהאַלט פֿילייכט אַ לעבהאַפֿטע כאַראַקטעריסטיק פֿון פּערזאָנען, באַפֿעפֿערט אפֿשר מיט גראָטעסקען הומאָר. אָדער איהר געפֿינט אין דעם באַריכט אַ צוגלידערונג פֿון אַ דעליקאַטע פּאָליטישע אָדער פּסיכאָלאָגישע סיטואַציע.
82און דאָס אַלץ ווערט געשאַפֿען פֿון מענשען וועמענס באַשעפֿטיגונג עס ווערט באַצייכענט מיט'ן נאָמען „רעפּאָרטער".
צו קענען שרייבען איז נאָך ניט גענוג. דער רעפּאָרטער דאַרף זיין אַ „מבין אױף נײעס", האָבען אַ „נײעס-חוש" („אַ נאָז פֿאַר נײעס", ווי דער אַמעריקאַנער אױסדרוק איז). ווען אײנער איז אַזאַ בריה, און דערצו האָט ער נאָך טאַלאַנט אַלם שרייבער און געניטקייט אין דעם פֿאַך — דאַן איז ער אַן ערשט-קלאַסיגער רעפּאָרטער.
אין מיין צייט האָט אַזאַ רעפּאָרטער באַקומען מעהרער געהאַלט ווי מאַנכע פֿון די אָפּטיילונגס-רעדאַקטערע אָדער ווי דער טעאַטער-קריטיקער.
אין די רעפּאָרטער קאָלומס פֿון די גרױסע אַמעריקאַנער צייטונגען געפֿינט זיך אַ סך פֿון יענער קראַפֿט און חן, וועלכע מען פֿאַרבינדט געוועהנליך מיט דעם נאָמען ליטעראַטור.
ספּעציעלע פֿעליעטאָנען זיינען אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע פֿאַראַן הױפּטזעכליך אין די אָוונד בלעטער און זונטאָגס-בײלאַגעס. און די וואָס שרייבען זיי, זיינען דאָס רוב געוועזענע רעפּאָרטערס, אָדער — זעהר אָפֿט — אַזעלכע וואָס אַרבייטען אױף ביידע געביטען צו דערזעלבער צייט.
די פּאָלים העדקוואָדערס איז דאַן געווען אױף מאָלבערי סטריט, לעבען האָוסטאָן. די טעגליכע צייטונגען האָבען דאָרטען געהאַט ספּעציעלע אָפֿיסעס — אין אַ פֿאָר קליינע אַלטע געביידעם, וואָס האָבען זיך געפֿונען פּונקט אַנטקעגען דער פּאָליציי.
דער הױפּט רעפּאָרטער פֿון דער „איווענינג סאָן" איז דאַן געווען אַן אימיגראַנט פֿון דענמאַרק מיט'ן נאָמען דזשייקאָב רים. אין דער זשורנאַליסטישער וועלט האָט ער געהאַט אַ שם אַלם אַ גלענצענדער שרייבער.
מיט אײניגע מאָנאַטען פֿריהער איז סטעפֿפֿענס געווען דער פּאָלים רעפּאָרטער פֿון דער „איווענינג פּאָסט", און דאַן איז ער83מיט ריס'ן באַפֿריינדעט געוואָרען. אַלזאָ, האָט ער מיר צו איהם געגעבען אַ בריף.
ריס איז געווען ניט קיין הױכער, און ניט קיין דיקער, אַ מאַן פֿון אַ יאָהר עטליכע און פֿערציג, מיט בלאָנדע וואָנצעם, מיט ברילען. גערעדט האָט ער מיט אַ לייכטען דענישען אַקצענט. סטעפֿפֿענס האָט מיר פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איהם אַלם אַ שריפֿטשטעלער, אַלם דער פֿאַרפֿאַסער פֿון „יעקל" און אַלם אַ מענשען „מיט אידעען".
מיר האָבען פֿאַרבראַכט ביי אַ האַלבע שטונדע צוזאַמען, און מיר זיינען זיך ניט געפֿעלען געוואָרען אײנער דעם אַנדערען. אױך מיר האָט ריס געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ מענשען מיט אַלט-פֿרענקישע באַגריפֿען. צו דער זעלבער צייט האָב איך געפֿיהלט, אַז איך האָב אױף איהם געמאַכט אַ שלעכטען איינדרוק מיט די מיינונגען, וואָס איך האָב אַרױסגעזאָגט אין פֿאַרלױף פֿון אונזער געשפּרעך וועגען ליטעראַטור און פּאָליטיק. איך האָב געזעהן, אַז מיין סאָציאַליזם געפֿעלט איהם ניט און אַז מיין נידעריגע נונג וועגען געוויסע אַמעריקאַנער שרייבער געפֿעלט איהם נאָך וועניגער. איך האָב געפֿיהלט, אַז ער באַטראַכט מיר אַלם אַ בחור מיט גרױסע פּרעטענזיעם.
פֿאַרהאַלטען האָט ער זיך אָבער העפֿליך, און ער האָט מיר געוויזען און ערקלערט אַלץ, וואָס איז שייך צו מיין אַרבייט. ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר די רעפּאָרטערס פֿון די אַנדערע צייטונגען און פֿאַר אַלע באַאַמטע פֿון פּאָלים העדקוואָדערס, פֿון דעם „טשיף אָוו פּאָלים" ביז אײניגע פֿון די קלוירקס.
די פֿליכטען פֿון אַ פּאָלים רעפּאָרטער האָבען געהאַט אַ דאָפּעלטען כאַראַקטער: אײן טייל פֿון דער אַרבייט איז געווען שייך צו דער פּאָליציי גופֿא — צו דער „פּאָליטיק", וואָס געהט אָן צווישען די בעאַמטע אָדער אין באַצוג צו זיי. אױב, צום ביישפּיל, נייע מענשען ווערען באַשטימט אױף וויכטיגע שטעלען, אױב אינספּעקטאָרס אָדער קעפּטעינס ווערען געשיקט אױף נייע פּלעצער, אױב אימיצער באַקומט אַ העכערע אָדער אַ נידעריגערע שטעלע, אױב אימיצער ווערט באַשטראָפֿט פֿאַר אַ פֿאַרזעהן אָדער אַ פֿאַרברעכען — דאַרף דער פּאָלים רעפּאָרטער דאָס אַלץ באַריכטען אין זיין84צייטונג. די צווייטע טייל פֿון דער אַרבייט באַשטעהט אין אַכטונג געבען אױף די פּאָליציי „בולעטינס" און רעפּאָרטען די פֿאַרשידענע סענסאַציאָנעלע פּאַסירונגען, וואָס ווערען אין זיי געמעלדעט: אַ מאָרד, אָדער אַן אַנדער גרױסער פֿאַרברעכען, אַ זעלבסטמאָרד, אַ טראַגעדיע, אַ פֿייער, — יעדע אונגעוועהנליכע געשעהניש אין דעם לעבען פֿון ניו-יאָרק, וועלכע ווערט באַנאַכריכטעט אין פּאָלים העדקוואָדערס, דאַרף דער רעפּאָרטער מעלדען. אױב נױטיג, דאַרף ער זיך אַריבערכאַפּען אױף דעם פּלאַץ, וואָו די זאַך האָט פּאַסירט, באַקוקען, אױספֿרעגען, אױספֿאָרשען און באַשרייבען; אָדער טעלעפֿאָנירען אין דער רעדאַקציע, כדי דער סיטי עדיטאָר זאָל אַהין שיקען אַן אַנדערען.
מיר האָט הױפּטזעכליך אינטערעסירט די צווייטע טייל פֿון דער אַרבייט. אָבער די ערשטע טייל אױך. מיר האָט אַלץ אינטערעסירט.
דעם ערשטען טאָג וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין פּאָלים העדקוואָדערס האָט דאָרטען באַדאַרפֿט פֿאָרקומען אַ וויכטיגער מיטינג פֿון דער פּאָלים באָארד. ריס האָט מיר אַרונטערגעפֿיהרט אין דעם זאַל, וואָו אַזעלכע מיטינגען זיינען אָפּגעהאַלטען געוואָרען. אַלץ איז מיר געווען ניי.
אױף דעם דאָזיגען מיטינג האָט דער דאַמאָלסטדיגער „טשיף אָוו פּאָלים" פֿאָרגעשלאַגען אַ נייעם וועג ווי צו מוסטירען די פּאָלים-לייט. צו דיזען צוועק האָט ער רעקאָמענדירט אַ געוועזענעם גענעראַל פֿון דער אַרמיי. גערױכענדיג דעם פּאָליציי קלאָב ווי אַ ביקס, האָט ער געוויזען ווי דער גענעראַל לערענט די פּאָליסלייט אױפֿ'ן מיליטערישען שטייגער. ער האָט וועגען דעם גערעדט מיט באַגייסטערונג און מיט עהרע-פֿורכט. עס איז געווען קאָמיש אָבער אינטערעסאַנט.
נאָך דעם מיטינג זאָגט צו מיר ריס: „שרייבען דאָס און אַרונטערשיקען אין דער רעדאַקציע קען מען שױן ניט. די צייט איז צו קורץ. דאָס דאַרף מען טעלעפֿאָנירען".
85ביי דעם וואָרט „טעלעפֿאָנירען" איז מיר געוואָרען קאַלט און וואַרים. איך האָב נאָך ביז דאַן אױף מיין לעבען ניט געהאַלטען קיין טעלעפֿאָן אין האַנט.
דעם היינטיגען לעזער וועט דאָס אױסקומען לעכערליך. און אפֿילו דענסטמאָל איז דאָס אױך געווען לעכערליך. אמת, דאַן זיינען טעלעפֿאָנען געווען ווייניגער פֿאַרשפּרייט ווי היינט, אַ סך ווייניגער; אָבער אין טױזענדער, טױזענדער אָפֿיסעס און אין די רייכערע וואױנונגען זיינען זיי שױן געווען אַ געוועהנליכע זאַך.
ווען איך בין געקומען קיין אַמעריקא, אין 1882, איז דער טעלעפֿאָן נאָך געווען אַ פֿאַרהעלטניסמעסיג-נייע ערפֿינדונג. זייענדיג אין דעם לעצטען קלאַס פֿון דעם ווילנער לעהרער-אינסטיטוט, אין 1881, האָב איך וועגען איהם געלערענט אין אַ נײעם לעהר-בוך איבער פֿיזיק. קאַטעלניקאָוו, אונזער דירעקטאָר, האָט צוגעריכט אַ פּראָבע-טעלעפֿאָן צווישען זיין וואױנונג, וועלכע איז געווען אין דער געביידע פֿון דעם אינסטיטוט גופֿא, ביי דעם אַנדערען ברעג פֿון דעם לאַנגען הױף.
דורך דיזען טעלעפֿאָן האָב איך געהערט פֿון איהם עטליכע ווערטער.* אָבער אין דעם אַלגעמיינעם געברױך האָט מען אין רוסלאַנד נאָך פֿון טעלעפֿאָנען ניט געוואואוסט. ערשט קומענדיג קיין ניו יאָרק, האָב איך געזעהן אַן אמת'ן טעלעפֿאָן אין דעם אָפֿיס פֿון עמאַנועל קורשעדט (זעה צווייטען באַנד, 154-155). אַליין אָבער האָב איך אַזאַ טעלעפֿאָן ניט געברױכט ביז דעם טאָג, ווען איך האָב באַדאַרפֿט מעלדען אין דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" וועגען דעם פּאָליציי-מיטינג.
86אין דעם קרייז, וואָס איך האָב זיך באַוועגט, זיינען קיין טעלעפֿאָנען ניט געווען. אין דער „פֿאָרווערטס" רעדאַקציע האָט זיך אונז דאַן וועגען אַזאַ לוקסוס ניט געחלום'ט, און אין דעם אָפֿיס פֿון דעם „וואָרהייטס'נעם אַרבעטסקייט" אָדער „די פֿיפֿל" — אױך ניט. איך גלױב ניט, אַז עס וועט זיין איבערטריבען ווען איך וועל זאָגען, אַז אױך דער גאַנצער איסט-סאַיד האָט דאַן געווען נאָר אַ פֿאָר טעלעפֿאָנען.
אױך דיזען אָרט איז אױסגעקומען, אַז אין דער צייט ווען מיין נאָמען איז געווען מעהר אָדער ווייניגער באַקאַנט אין אַמע ריקאַנער ליטעראַרישע קרייזען, בין איך אין באַזוך צום טעלע פֿאָן געווען אַבסאָלוט „גרין".
פּלוצלינג, אַלזאָ, מוז איך טעלעפֿאָנירען. ווי טוט מען?
איך האָב זיך אַ לאָז געטאָן זוכען אַ טעלעפֿאָן, און וואָס ווייטער וועט מען זיין, זאָל מען זאָרגען. היינטיגע צייטען איז כּמעט ניטאָ קיין דראָג-סטאָר (אַפּטייק) אָהן אַ טעלעפֿאָן. דאַן איז אַ דראָג סטאָר וואָס האָט יאָ געהאַט אַ טעלעפֿאָן איז שױן קיין געוועהנליכער כּעין זאַך. צו מיין מזל אָבער האָב איך באַלד געפֿונען אַ דראָג סטאָר, און טאַקע אױף האָוסטאָן סטריט, ביי אַ פֿאָר בלאָק פֿון מאָלבערי.
אַלזאָ, האָב איך שױן אַ טעלעפֿאָן. וואָס טוט מען אָבער מיט איהם?
איך האָב נאַטירליך געוואוסט וועלכער איז דער „רעסיווער" און וועלכער דער „טרענסמיטער". איך האָב אָבער מינע אײגענע קרעפֿטען דעם אינסטרומענט ניט געקענט געטרוייען. פֿון פֿאַר צווייפֿלונג האָב איך געבעטען דעם דראָגיסט, אַז ער זאָל פֿאַר מיר ריידען. דער דראָגיסט איז געווען פֿריינדליך, ער איז אָבער געווען אַן איטאַליענער (יענער געגענד איז שױן דאַן געווען אַ טייל פֿון דעם איטאַליענישען קוואַרטאַל), און ער האָט געהאַט אַן עכטע איטאַליענישע אױסשפּראַכע, מיט האַרטע „רײישען", וועלכע האָבען מיר געשניטען ווי טעמפֿע מעסערס. אײניגע פֿון מינע ענגלישע ווערטער האָב איך קױם אַליין געקענט פֿאַרשטעהן. יעדע סעקונדע איז אָבער געווען טייער און עס איז ניט געווען קיין צייט פֿאַרצוּוייפֿעלט צו זיין.
87הקיצור, איך האָב איהם דיקטירט מיין באַריכט וואָרט ביי וואָרט, און ער האָט דאָס איבערגעזאָגט אין דעם טעלעפֿאָן אַריין. ער איז אַזױ באַגייסטערט געוואָרען פֿאַר דעם דזשאַב, אַז ער האָט די ווערטער אַרױסגערעדט הױך, קלינגענד. אױף דיזען אָרט האָבען מיר „אָפֿגעזונגען" אַ מינוט צעהן — ביי אַ דריטעל קאָלום.
איך האָב אָבער געמוזט זיך אױסלערנען „שווימען אַליין". אַלזאָ האָב איך מיין סעקרעטאַר פֿאַרטרױט פֿאַר אײנעם פֿון די אַנ דערע רעפּאָרטערס פֿון „קאָממיורשעל אַדווערטייזער", און מיט זיין הילף האָב איך פֿראַקטיצירט אַ פֿאָר מאָל. איך האָב איהם אָפֿגערופֿען אױפֿ'ן טעלעפֿאָן פֿון אַ דראָג-סטאָר און געשמועסט מיט איהם אַ פֿאָר מינוט. קורץ — איך בין געוואָרען אַ גאַנצער „מעסטער" ביים טעלעפֿאָן. יעדען פֿריהמאָרגען פֿלעג איך טעלע פֿאָנירען צו סטעפֿענס'ען, פֿרעגען צי ער דאַרף מיך האָבען אין אָפֿיס. אױב ניט, פֿלעג איך געהן אין פֿאַליס העדקואָדערס, און קומען אין דער רעדאַקציע ערשט אַרום אַ פֿערטעל צו דריי.
אײן מאָל, מיט אַ פֿאָר וואָכען נאָך דעם באַריכט וואָס דער איטאַליענער האָט פֿאַר מיר טעלעפֿאָנירט, זאָגט צו מיר סטעפֿענס:
— היינט האָב איך פֿאַר אייך אַן „אַססאַינמענט", וועלכער האָט מיט פֿאָלים העדקוואָדערס ניט צו טאָן. עס איז אַן אינטערעסאַנטע זאַך צום באַשרייבען. אױף די „פֿאַליסעידס" וועט מען היינט אױפֿרייסען דעם באַרימטען פֿעלז, „אינדיען העד" (דער קאָפּ פֿון אַן אינדיאַנער). פֿאָהרט אַריבער אַהין.
די „פֿאַליסעידס" זיינען גרױסע פֿעלזען אױף דער ניו דזשוירזי זייט פֿון דעם האָדסאָן, ניט ווייט פֿון דעם האָבאָ קען. דיזער ספּעציעלער פֿעלז האָט געהאַט אַ ביסעל עהנליכ קייט צו דעם קאָפּ פֿון אַן אינדיאַנער, און אַזױ האָט מען איהם אַ נאָמען געגעבען. ער איז געווען באַריהמט. די פּאַסאַזשירען וואָס פֿאָהרען אױף די שיפֿען איבער'ן האָדסאָן פֿלעגען קוקען אױף דיזען מערקווירדיגען פֿעלז מיט נייגעריגקייט. צוליב אַ געוויסען88פּראַקטישען צוועק האָט מען אָבער באַשלאָסען איהם צו פֿאַר ניכטען.
ווען איך בין אַריבערגעקומען אױף דעם פּלאַץ, האָב איך דאָרטען געפֿונען רעפּאָרטערס פֿון אַלע אַנדערע צייטונגען פֿון ניו יאָרק, נואַרק און אַרומיגע שטעדט. מען האָט בעדאַרפֿט געהן איבער פֿעלדער און דערנער. ענדליך האָבען מיר דערגרייכט דעם פּלאַץ.
ווען אַלע צוגרייטונגען זיינען געווען פֿאַרטיג און מען האָט געגעבען דעם סיגנאַל, האָט זיך דערהערט אַ קראַך, וועלכער האָט אָפֿגעהילכט אױף מיילען אַרום. דער גרױסער ריזיגער פֿעלז האָט זיך אַ ריהר געטאָן, ווי אַ ריז אַ זקן וואָס הױבט אױף זיין קאָפּ; און ער איז אַראָפֿגעפֿאַלען.
עס איז שױן געווען אַרום אײנם אוהר. וועגען אױפֿשרייבען און ברענגען דעם אַרטיקעל אין דער רעדאַקציע האָט קיין רייד ניט געקענט זיין. עס איז קיין אַנדער ברירה ניט געווען ווי צו טעלעפֿאָנירען. דאַן איז טעלעפֿאָנירען שױן ביי מיר קיין נאָווינע ניט געווען. דיקטירען אָבער דורכ'ן טעלעפֿאָן אַ באַשרייבונג פֿון אַזאַ סצענע — און פֿון מיר האָט מען ערוואַרטעט אַן אינטערע סאַנטע שילדערונג — דאָס איז אַ גאַנץ אַנדער געשיכטע. אַן אימה איז מיך באַפֿאַלען. איך בין געלאָפֿען זוכען אַ טעלעפֿאָן.
אַרום און אַרום האָבען זיך געצױגען פֿעלדער, וועלדער. די נעהענטסטע הייזער זיינען געווען אַ היבשע שטיק פֿון דאָרטען. די אַנדערע רעפּאָרטערס זיינען פֿאַרשוואואונדען, ווי אין וואַסער אַריין. איך בין געלאָפֿען ווי אַ פֿאַר'סם'טער און געפֿרעגט וואו מען קען קריגען אַ טעלעפֿאָן. מען האָט מיר אָנגעוויזען אױף אַ סטאָר. איך קום אַריין און כאַפּ זיך צום אינסטרומענט. איך קלינג אָן, איך וויל רופֿען מיין נומער; איך הער אַז מען רעדט. איך שריי: „שאָט אָפֿ! קיפּ אָפֿ די לאַין!" (הערט אױף! לאָזט אָפֿ די לײניע!) אָבער יענער ענטפֿערט ניט. ער רעדט ווייטער, אַזױ ווי איך וואָלט גאָר אױף דער וועלט ניט געווען. איך הער זיך צו. יענער רעדט וועגען דער זעלבער געשיכטע, די פֿאַרניכטונג פֿון דעם „אינדיאַנער'ס קאָפּ", און מיט קיילעכדיגע, געשליפֿענע89עס איז געווען אַ „פֿאָרטי וויער" (אַ דראָט פֿאַר עטליכע פּלעצער אין אײנעם), און אַ רעפּאָרטער פֿון אַן אַנדער ניו יאָרקער צייטונג האָט טעלעפֿאָנירט זיין באַריכט. דער דראָט איז אַלזאָ געווען פֿאַרנומען. איך בין געבליבען אױפֿגעשטעלט.
און די מינוטען פֿליהען. איך בין אַרױסגעלאָפֿען, געכאַפּט אַ פֿאַרמער מיט אַ פֿערד-און-וואָגען און געהייסען מיך פֿיהרען צו דעם ערשטען פּלאַץ, וואו מען קען קריגען אַ טעלעפֿאָן מיט אַ פֿרייען דראָט. איך געדענק ניט וויפֿיל עס האָט געדױערט, איך געדענק נאָר, אַז פֿון דעם וואָגען בין איך אַריבער אױף אַ סטריט קאַר און בין אָנגעקומען אין פֿאָרט לי. דאָרטען האָב איך גע קראָגען אַ טעלעפֿאָן.
איך האָב אָפֿגערופֿען דעם אָפֿיס. אײנער פֿון אונזערע רע פּאָרטערס איז אַריינגעגאַנגען אין דער טעלעפֿאָן בודקע פֿון דער רעדאַקציע, און איך האָב איהם גענומען דיקטירען מיין באַ שרייבונג פֿון דער סצענע, וועלכע איך האָב ביינעוואוינט מיט אַ פֿערציג מינוט צוריק.
איך האָב דיקטירט אונגעפֿעהר ביי דריי-פֿערטעל קאָלום. איך האָב מורא געהאַט, אַז דער רעפּאָרטער, וואָס האָט אין דער בודקע פֿאַרצייכענט מיין באַריכט, וועט ניט ריכטיג פֿאַרשרייבען מיינע ווערטער, עס וועט אַרױסקומען אַ פּלאָנטער און עס וועט ניט זיין וואָס צו דרוקען. איך האָב זיך געפֿיהלט זעהר ניט פֿוילגעלדיג.
פֿון פֿאָרט לי בין איך אַריבערגעפֿאָהרען אױף דער פֿערי. איך בין געקומען אױף דער 129-טער סטריט, און מיט'ן ניינטער אַווענּיו עלעוויטעד בין איך געפֿאָהרען דאַונ-טאַון.
ווען איך בין געקומען דאַונ-טאַון, האָב איך געקױפֿט דעם „קאָממיורשעל אַדווערטייזער" אױפֿ'ן גאַס, און ווי גרױס איז גע ווען מיין שׂמחה, ווען אױף דער ערשטער פֿיידזש האָב איך דער זעהן מיין „סטאָרי"! איך האָב זיך אַ כאַפּ געטאָן לעזען — עס איז דאָ! אַלץ איז ווי איך האָב דיקטירט! איך האָב מיינע אױגען ניט געגלױבט. צי דען זיינען דאָס די ווערטער, וועל כע איך האָב מיט דריי-פֿערטעל שטונדע צוריק אַריינגעטרו מיטערט דאָרטען, אין פֿאָרט לי? איך לייען ווייטער — ווידער90מיינע ווערטער. אַזױ ווי אַ נס, כּ'לעבען!...
ווען איך בין אַרױפֿגעקומען אין אָפֿיס, האָט סטעפֿענס מיר געגעבען אַ קאָמפּלימענט פֿאַר מיין באַשרייבונג.
איך בין געווען אױפֿ'ן זיבעטען הימעל, הױפּטזעכליך פֿון דעם פֿאַקט, אַז איך האָב דעם אַרטיקעל ניט געשריבען — נאָר טעלעפֿאָנירט.
איך בין ווייטער געגאַנגען אין פֿאָלים העדקוואָדערס. ווען אין די בולעטינס פֿלעגט זיין עפּעס אינטערעסאַנטעס, פֿלעג איך דאָס אױספֿאָרשען און באַשרייבען; און ווען אין די פֿאָלים העד קוואָדערס גופֿא איז געווען עפּעס וויכטיגעס, פֿלעג איך דאָס אױך באַריכטען. אָפֿט פֿלעג איך דאָס איבערגעבען דורכ'ן טעלע פֿאָן, אָבער עפֿטער מיט'ן פֿעדער.
אַרום דריי אוהר פֿלעג איך קומען אין דער רעדאַקציע. דאַן פֿלעגט דער פֿייפּער זיך דרוקען, און מיר פֿלעגען פֿאַרברענגען אַ געוויסע צייט אין שמועסען.
איך בין געווען אַ „קאָב" רעפּאָרטער, דאָס הייסט אַן אָנ פֿאַנגער. מיין ערשטער רעגעלמעסיגער געהאַלט איז געווען זעהר אַ קליינער — פֿופֿצעהן דאָלאַר אַ וואָך, דאַכט זיך, אױב ניט ווייניגער. (אַן אָנפֿאַנגער באַקומט היינט אין „פֿאָרווערטס" 70 דאָלאַר אַ וואָך. דאָס איז ביי אונז היינט דער קלענסטער געהאַלט. מיט דרייסיג יאָהר צוריק איז 70 דאָלער געווען באַטראַכט אַלס אַ הױכע סומע אַפֿילו פֿאַר דעם בעסטען רעפּאָרטער פֿון אַן אַמע ריקאַנער צייטונג). די סומע איז אָבער אין אַ קורצער צייט אַרום געהעכערט געוואָרען און באַלד ווידער געהעכערט געוואָרען — ביז 25 דאָלאַר אַ וואָך. דאָס איז געווען מיין רעגעלמעסיגער געצאָהלט. איך האָב אָבער פֿון אָנפֿאַנג אָן פֿאַרדינט מעהר ווי מיין געהאַלט. איך האָב געטאָן עקסטראַ אַרבייט, פֿאַר וועלכער מען פֿלעגט מיר באַצאָהלען באַזונדער. דאָס זיינען געווען האַלב בעלעטריסטישע פֿעליעטאָנען אָדער אַרטיקלען וועגען ליטעראַטור, וואָס מען פֿלעגט דרוקען אין דער ביילאַגע צו דעם שבת'דיגען91נומער. צוזאַמען האָב איך, וועדליג אונזערע דאַמאָלסדיגע גע וואואינהייטען, פֿון דער צייטונג געהאַט גאַנץ גענוג צום לעבען. און דערצו נאָך האָב איך פֿון צייט צו צייט געהאַט אַ היבשען האָנאָראַר פֿאַר אַן ערצעהלונג אין אַ זשורנאַל. אין סך הכּל איז מיין אײנקונפֿט געווען פֿיל גרעסער ווי פֿריהער.
פֿילע פֿון די אַרטיקלען וואָס איך האָב געשריבען פֿאַר דעם „קאָממיורשעל אַדווערטייזער" פֿלעגען געהן אױף דער פֿיידזש וואָס איז נעקסט צו דער ליטעראַרישער פֿיידזש. דאָרטען פֿלעגען געדרוקט ווערען פֿאַרשידענע אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען פֿון פֿאַר שידענע שרייבער. אין סטעפֿענס'עס צייט האָט די דאָזיגע פֿיידזש באַקומען אַ ספּעציעלען כאַראַקטער, און זי האָט געצױגען אױפֿמערקזאַמקייט.
געוועהנליך אַ סיטי-עדיטאָר איז נאָר איבער די נייעם פֿון שטאָדט. סטעפֿענס האָט געהאַט צו זאָגען איבער פֿאַרשידענע אַנדערע אַרטיקלען אױך. האַלב-בעלעטריסטישע פֿעליעטאָנען, און זאָגאַר קורצע ערצעהלונגען, זיינען אױך געווען אונטער זיין רע דאַקציע. ער איז אײגענטליך געווען אַ מין מענעדזשינג-עדיטאָר, הגם אַזאַ טיטול האָט ער ניט געטראָגען.
די אַרבייט אין פֿאָלים העדקוואָדערס האָט מיך שטאַרק אינטערעסירט. אין די שריפֿות, מאָרדען, זעלבסט-מאָרדען און אונגעוועהנליכע פּאַסירונגען פֿון אַנדערע סאָרטען, וועלכע פֿלעגען באַריכטעט ווערען צו דער פּאָליציי, פֿלעג איך אָפֿט געפֿינען אינ טערעסאַנטע שטאָף. איך פֿלעג זיי באַשרייבען פֿאַר דער צייטונג און אױך מאַכען נאָטיצען פֿאַר זיך אַליין.
די פּאָליציי בולעטינען זיינען אַ מין בערזע פֿון דראַמאַטישע געשעהענישען. פֿאַר מיר זיינען זיי געווען אַן אוצר פֿון געלעגענ הייטען צו באַאַבכטען און שטודירען דעם לעבען, אַ שטראָם פֿון טהעמעס. איך האָב זיך צוגעכאַפּט צו זיי ווי אַ פֿיש צו וואַסער. איך האָב געשריבען צייטונגס-באַריכטען. פֿאַר מיר אָבער איז יעדער באַריכט אַזעלכער געווען מאַטעריאַל פֿאַר בעלעטריסטיק. מיין צייטונגס-אַרבייט האָט פֿאַר מיר געהאַט אַ קונסט-אינטערעס. דאָס האָט זיך אָפֿט געפֿיהלט אין מיין שרייבען; און אײניגע פֿון92מיינע אַרטיקלען פֿלעגען איבערגעדרוקט ווערען אין די צייטונגען פֿון אַנדערע שטעדט. דאַן פֿלעגען אין דער רעדאַקציע אָנקומען אױסשניטען, וועלכע האָבען דיזע באַשרייבונגען ענטהאַלטען.
דורך דיזער אַרבייט איז ביי מיר געוואַקסען דער געפֿיהל פֿון פֿאַרב, פֿון דראַמאַטישען אינהאַלט. אין די פּראָזאַאישסטע זאַכען פֿלעג איך אָפֿט זעהן אַ פּאָעטישע זייט.
אַלס אַ „ניוס-געדהערער" (ניעס-זאַמלער) בין איך ניט געווען פֿון די בעסטע. די קינסטלערישע מעגליבקייטען פֿון אַ פֿאַ סירונג האָבען מיך אינטערעסירט מעהר ווי איהר ווערט אַלס נייעס.
די באַשעפֿטיגונג פֿון אַן אַמעריקאַנער רעפּאָרטער איז אַ פֿילפֿאַכע, און ניט קיין לייכטע פּראָפֿעסיע. עס איז פֿאַראַן אַ סך צו לערנען, און איך האָב געלערענט. איך בין אָבער געווען מעהר בריה אױף באַאָבכטען און באַשרייבען, ווי אױף קריגען נייעס. וואו נאָר עס האָט זיך געפֿאָדערט אַ גוטער שרייבער, האָט סטעפֿענס מיך געשיקט — אױף די גרעסטע פּראָצעסען, אױף די סענסאַציאָנעלסטע סצענעס. דער בעסטער ניעס-זאַמלער אין דער רעדאַקציע געווען אַן אַמעריקאַנער יונגערמאַן, וועמען דאָס שרייבען איז אָנגעקומען שווער און וועלכער האָט צו געהונקען אױף גראַמאַטיק.
דזשיקאָב רים איז געווען אַן אױסגעצייכענטער שרייבער. אין זיין שרייבען פֿלעגט זיך פֿיהלען אַ קונסט אינטערעס. אָבער, ווי איך האָב זיך באַלד ערקונדיגט, האָט ער מייסטענס געזעהן ניט מיט זיינע אײגענע אױגען, נאָר מיט די אױגען פֿון זיינעם אַ געהילף. אַ אידישער יונגערמאַן, מיט'ן נאָמען מאַקס פֿישעל, האָט ביי איהם געאַרבייט אַלס „עראַנד-באָי" (אַ אינגעל אױף אַרומצושיקען). מאַקס פֿישעל, וועלכער איז געבאָרען געוואָרען אין אַמעריקא פֿון אונגאַריש-אידישע אימיגראַנטען, איז געווען ווייניג געבילדעט. ער אַליין האָט קיינמאָל ניט געשריבען. ער האָט כּמעט ניט געקענט שרייבען. ווען עס פֿלעגט זיך באַווייזען93אַ בולעטין וועגען אַ פֿייער אָדער אַ עפּעס אַ סענסאַציאָנעלע פֿאַ סירונג, פֿלעגט ריס איהם שיקען אױף דעם פּלאַץ וואו דאָס האָט געטראָפֿען. קומענדיג צוריק, פֿלעגט פֿישעל איהם דערצעהלען, וואָס ער האָט געזעהן און אױסגעפֿונען, און ריס פֿלעגט שױן אַלץ באַשרייבען. ריס האָט דאָס פֿון קיינעם ניט באַהאַלטען. מען האָט עס באַטראַכט פֿאַר אַ גאַנץ נאַטירליכע זאַך. עס האָט גע הייסען, אַז נאָר די טרוקענע פֿאַקטען ברענגט איהם פֿישעל. אין אמת'ן אָבער האָט ער איהם געגעבען ניט נאָר דעם גוף פֿון דעם אַרטיקעל, נאָר די נשמה אױך.
דאָס בעסטע וואָס ריס האָט געשאַפֿען, איז געווען געבױט אױף פֿישעל'ס באַאָבכטונגס-קראַפֿט, פֿישעל'ס פֿאַרשטאַנד און פֿישעל'ס קינסטלערישען חוש.
דיזער אײנפֿאַכער, כּמעט אונוויסענדער באָי, האָט געהאַט אײנבילדונגס-קראַפֿט און אַ פּאָעטישען געפֿיהל. ער דערצעהלט, צום ביישפּיל, ריס'ען:
„איך בין געגאַנגען דורך מאָלבערי סטריט אין מיטען נאַכט. עס איז געווען פֿינסטער. פֿון ווייטען האָב איך געזעהן ווי עס קומט אָן אַ בעקער און טראָגט אַ גרױסען קאָרב מיט ברױט אױפֿ'ן קאָרק. דער בעקער איז אין גאַנצען ווייס פֿון מעהל, און דער קאָרב איז ווייס. דער בעקער און זיין משׂא רוקען זיך דורך דער פֿינסטערער נאַכט, ווי אַ ווייסער באַרג דורך אַ ים פֿון שוואַרצקייט. עס איז געווען אינטערעסאַנט."
פֿישעל זאָגט דאָס פֿאַרבייגעהענדיג, ער ווייס אַפֿשר אַליין ניט, אַז דאָס וואָס ער זאָגט איז אַ שעהנער שטריך אין אַ באַ שרייבונג. ריס אָבער פֿאַרצייכענט עס און ביי איהם ווערט דאָס אַ טייל פֿון אַ שילדערונג וועגען דער באַריכטעטער פּאַסירונג.
אָדער ריס באַשרייבט ווי עס האָט אױסגעזעהן אַ מערדער אין דער מינוט ווען מען האָט איהם געכאַפּט: מיט וואָס פֿאַר אַ מינע ער האָט געקוקט: וואָס פֿאַר אַן איינדרוק ער האָט גע מאַכט אױף די דעטעקטיווס; ווי אַזױ אײן דעטעקטיוו איז אַליין געווען נערוועז פֿון דער סענסאַציאָנעלער סצענע אָן ווי ער האָט זיך געמיהט צו באַהאַלטען זיין אױפֿרעגונג. דאָס אַלץ באַשרייבט ריס, און מען לױבט איהם פֿאַר זיין באַאָבכטונגס-קראַפֿט און94פֿאַר זיין אינהאַלטסרייכען שרייבען. אין אמת'ן אָבער איז אָפֿט אין אַזאַ פֿאַל אים געקומען אַ קאָמפּלימענט הױפּטזאַכליך פֿאַר זיין שעהנער שפּראַך, און פֿאַר זיין אָפּשאַצען דעם אינטערע סאַנטען מאַטעריאַל וואָס פֿישעל פֿלעגט איהם צושטעלען. פֿאַר דעם אינהאַלט איז דער קאָמפּלימענט מייסטענס געקומען פֿיש על, פֿון וועמען קיינער האָט ניט געהערט.
טאַלאַנט האָט ריס יעדענפֿאַלס געהאַט. ער איז אײגענטליך אױך געווען אַ קינסטלער, נאָר מעהר אױף אַ ראָמאַנטישען שטיי גער, וועהרענד פֿישעל'ס אױג פֿלעגט באַמערקען דאָס שעהנע און אינטערעסאַנטע אין די טיפֿענישען פֿון ווירקליכקייט.
אײן מאָל, ביי אַ גרױסען פֿייער, קוקענדיג ווי דער רױך קוואַליעט און קנױלט זיך פֿון דער ברענענדיגער געביידע, האָב איך באַמערקט, אַז דורכ'ן רױך זעהט זיך די זון, ווי אַ גרױסע, בלאַס-גילדערנע מטבע וואָס איז איינגעפֿאַסט אין אַ מילכיגער מאַסע — אַזױ האָט זי אױסגעזעהן. דער געגענזאַץ פֿון דער געלער זון צו דעם ווייסען רױך איז געווען אינטערעסאַנט פֿאַר'ן אױג. איך האָב דאָס פֿאַרצייכענט, און דערנאָך האָב איך דאָס באַשריבען אין מיין באַריכט. איך בין געווען זיכער, אַז קיין אַנדער רעפּאָרטער האָט דיזען טייל פֿון דער סצענע ניט באַ מערקט.
ווען עס איז אַרױסגעקומען די „איוונינג סאָן", האָב איך פּונקט דאָס זעלבע געפֿונען אין ריס'עס רעפּאָרט פֿון דעם פֿייער. אָבער ריס איז ביי דער שריפֿה ניט געווען. מאַקס פֿישעל איז דאָרטען געווען. זיין אױג האָט באַמערקט ווי די בלאַס-געלע זון שיינט דורך דער מאַסע מילך-ווייסע רױך. און ער האָט אָפֿ געשאַצט דעם קינסטלערישען ווערט דערפֿון.
אײן מאָל האָב איך אין מיין נאָטיץ-ביכעל פֿאַרצייכענט אַלס אַ טהעמע פֿאַר אַ סקיצע: „די אױגען פֿון דזשימי מעק אַליסטער". איך האָב אָנגעוואָרפֿען אַ מעשׂה'לע וועגען אַ שריי בער, וועלכער האָט אַ גרױסען נאָמען, אָבער וועלכער האָט נאָר אַ שעהנע שפּראַך, אײנבילדונגס-קראַפֿט האָט אַן אַנדערער, זיי נער אַ באַקאַנטער, אַ יונגער מאַן, וועלכער קען גאָר ניט שרייבען.
95מיט יענעם'ס אױגען זעהט דזשימי מעק-אַליסטער, דער באַריהמ טער שריפֿטשטעלער.
איך האָב מיט דער טעמא געמיינט דזשייקאָב ריס'ן און מאַקס פֿישעל'ען. איך האָב די ערצעהלונג אָבער קיינמאָל ניט אױפֿגע שריבען. דאָס איז אײנע פֿון די פֿילע טעמאַס, וועלכע איך האָב פֿאַרצייכענט אין יענע צייטען.
פֿילע פֿון די שטילערע געשעהענישען, מיט וועלכע איך בין באַ קאַנט געוואָרען דורך פֿאָלים העדקוואָדערס, זיינען געווען אינ האַלטסרייכער, מיט אַ טיפֿערע באַדייטונג ווי אײניגע פֿון די שריי ענדע טראַגעדיעס. זעהר אָפֿט פֿלעגט טרעפֿען דאָס פֿאָלגענדע:
די רעפּאָרטערס פֿון די אַנדערע צייטונגען מאַלען סענסאַ ציאָנעל פֿאַנאַנדער אַ געוויסע אײנצעלהייט. און דער אמת איז גאָר ניט ווי זיי שטעלען די זאַך פֿאָר. אין אַלגעמיין קאָן מען זאָגען, אַז די רעפּאָרטערס מעלדען דעם אמת. די רעדאַקציעס פֿאָדערען דאָס פֿון זיי. אָבער אָפֿט פּױצט מען איהם צו אױפֿ'ן זשורנאַליסטישען שטייגער. מען „פֿיקסט" איהם צו אום עס זאָל אַרױסקומען אַ בעסערע „סטאָרי". דאָס געהט, הױפּטזעכליך, אױף קלענערע זאַכען, ניט וויכטיגע, אָבער טשיקאַווע פּאַסירונגען. אין באַריבטען פֿון אָט דיזען סאָרט פֿלעג איך אָפֿט באַמערקען, אַז דער ניט-באַפּוצטער אמת איז אײגענטליך אינטערעסאַנטער, און אַמאָל זאָגאַר סענסאַציאָנעלער, ווי דער באַפּוצטער פֿאַקט. אין דער פּשוט'קייט גופֿא פֿון דער זאַך ליגט אַמאָל אַן אינערליכע סענסאַציע.
אײן מאָל, ווען איך האָב געלעזען די מאָרגען-צייטונגען, האָב איך דאָרטען געפֿונען אַ באַריכט וועגען אַן אָרימען אַלטען מאַן, וועלכער איז געשטאָרבען פֿון הונגער, האַלטענדיג זיין פֿידעל אין האַנט. דער באַריכט האָט איהם פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ טאַלאַנט פֿולען מוזיקער, וועלכער האָט טאָג און נאַכט געשפּילט אױף זיין אינסטרומענט, ביז ער איז אױסגעגאַנגען, מיט זיינע פֿאַרגליווער טע פֿינגער אױף די סטרונעס.
96די זאַך האָט מיך פֿאַראינטערעסירט, און, הגם דאָס האָט ניט געהאַט קיין שייכות צום „קאָממיורשעל אַדווערטייזער", וועלכער איז געווען אַ נאָכמיטאָג צייטונג, בין איך אַריבערגעגאַנגען אױף דעם פּלאַץ, וואו דער מאַן איז געשטאָרבען. מיר האָט זיך גע וואָלט וויסען מעהרער אײנצעלהייטען וועגען איהם. פֿאַרוואָס האָט אַ טאַלאַנטפֿולער מוזיקער געלעבט אין אַזאַ אָרימקייט? ווי קומט דאָס, אַז אַזאַ מענש זאָל שטאַרבען פֿון הונגער?
איך האָב געזעהן דעם געשטאָרבענעם'ס צימער; איך האָב געזעהן זיין פֿידעל; איך האָב גערעדט מיט דער פֿרוי, ביי וועמען ער האָט געוואואינט. און וואָס האָט זיך אַרױסגעצײגט?
דער געשטאָרבענער איז, נעבעך, געווען אַ גאַנץ צרה'דיגער פֿידלער. ער האָט קױם געסקריפּעט. די לעצטע יאָהרען פֿון זיין לעבען איז אָבער פֿידעל-שפּילען געווען זיין אײנציגער צייט-פֿאַר טרייב, און אין איהם האָט זיך ענטוויקעלט אַ לײדענשאַפֿטליכער וואונש צו שפּילען גוט. אָבער פֿון זיין פֿידעל פֿלעגט גרילצען אין די אױערען.
ער איז געווען אַן עהרליכער און גוטהערציגער מענש, זעהר אַ ליבליכער. זיין באַלעבאָסטע און די שכנים האָבען צו איהם געהאַט רעספּעקט און מיטלייד. אַלזאָ, האָבען זיי קיינמאָל ניט פּראָטעסטירט געגען זיין גרילצען, איהם קיינמאָל ניט געשטערט. פֿאַרקעהרט: זיי פֿלעגען איהם געבען קאָמפּלימענטען.
אַז ער איז געשטאָרבען אין דעם מאָמענט, וואָס ער האָט גע האַלטען די פֿידעל אין האַנט; אַז ער איז אױסגעגאַנגען מיט די פֿינגער אױף די סטרונעס — דאָס אַלץ האָט אַ רעפּאָרטער צוגעטראַכט. ער איז געשטאָרבען אין בעט און די פֿידעל איז דאַן געהאַנגען אױפֿ'ן וואַנט.
די פֿאַרהעלטנישען צווישען דער באַלעבאָסטע מיט די שכנים און דעם אומגליקליכען אַלטען מאַן, זיינען געווען זעהר אינטערע סאַנט, און די גאַנצע געשיכטע, אָהן די צופּוצונגען, האָט אױף מיר געמאַכט אַ שטאַרקען איינדרוק.
אַלס נייעם האָט די געשיכטע שױן ניט געהאַט קיין בעדיי טונג. דאָך האָב איך איהר אַהער אױפֿגעשריבען. איך האָב דערצעהלט דעם אמת. איך האָב פֿאָרגעשטעלט דעם רירענדען טראַגי-קאָמיזם97פֿון דער פּאַסירונג. און עס איז אַרױסגעקומען אַ פֿיל אינטערעסאַנ טערע זאַך, ווי די צוגעזאַלצענע און צוגעפֿעפֿערטע זשורנאַליסטי שע סענסאַציע.
אײן מאָל איז אָנגעקומען אַ מעלדונג, אַז די פּאָליציי האָט גע כאַפּט אַ גרױסען גנב. די צייטונגען האָבען איהם פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ גנב אַ פּאָעט. איך האָב זיך מיט איהם געזעהן אין די טאָמס. געהאַט מיט איהם אַ לאַנגען געשפּרעך. עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז ער איז אַ גאַנץ אומוויסענדער מענש; אַז די מעשׂה וועגען זיין פּאָעזיע האָט געשטאַמט פֿון אַ צונעמעניש, וואָס גנבים האָבען איהם געגעבען, ווייל ער פֿלעגט מאַכען אומאַנשטענ דיגע גראַמען. פֿון דעם געשפּרעך האָב איך זיך אָבער ערקונדיגט אַז דער בחור האָט פֿיינע פֿעהיגקייטען, און אַז אױף זיין „אונטער וועלט" שטייגער איז ער אַ דינקער מיט אַן אָריגינעלען הומאָר. אָבער גראָד ניט פֿון דעם פּאָעטישען שניט. אין אונזער שמועס האָט ער געמאַכט אײניגע באַמערקונגען, וועלכע האָבען באַוויזען, אַז ווען ער וואָלט געהאַט אַ גוטע ערציהונג, וואָלט ער געווען אַ אינטערעסאַנטע פֿערזענליכקייט. אין דער אונטערוועלט איז ער, יעדענפֿאַלס, געווען אַן אינטערעסאַנטע פֿערזענליכקייט. אָבער פֿאַר צושטעלען איהם אַלס אַ פּאָעט האָט קיין זינען ניט געהאַט.
אין דער רעדאַקציע פֿון דעם „קאָממיורשאַל אַדווערטייזער" האָב איך זיך באַגעגענט מיט אַן אינטעליגענטען, אוניווערסיטעט גע שטודירטען, יונגען אַמעריקאַנער, וועלכער איז געווען באַקאַנט אַלס אַ „דזשענטעלמען טרעמפּ". דאָס איז געווען אַ מענש מיט אַ דורשט נאָך שטאַרקע איינדריקע, אַ אינטערעסאַנטער אַוואַנטו ריסט. ער איז דורכגעמישט געוואָרען מיט פֿילע טרעמפּס. זיי צוזאַמען פֿלעגט ער גנב'ענען „ראַידס", (פֿאָהרען אָהן אַ בילעט) אױף פֿראַכט-וואַגאָנעס און דורכמאַכען די פֿאַרשיידענע ערפֿאַהרונגען פֿון דעם אַמעריקאַנער טרעמפּ-לעבען. זיין צונעמעניש ביי די טרעמפּס איז געווען „סיגאַרעט". ער איז געווען אַ דאַרער און98ניט קיין הױכער. אַ ביסעל פֿון ווייטען האָט ער אױסגעוויזען ווי אַ באָי. ער האָט מיך באַקאַנט געמאַכט מיט אַן אינטערעסאַנטען טרעמפּ און אױך מיט אַן אינטערעסאַנטען נאַכט-גנב, וועלכער איז שױן עטליכע טערמינען אָפֿגעזעסען אין טורמע.
דורך מיין אַרבייט אין פֿאָליס-העדקוואָדערס בין איך געקומען אין באַרירונג מיט אַלערליי פֿאַרברעכער און אַנדערע „בירגער" פֿון דער אונטערוועלט. איך האָב געהאַט געשפּרעכען מיט זיי גופֿא, אָדער וועגען זיי — מיט דעטעקטיווס, פֿאָליס-קעפּטענס, אײנפֿאַכע פֿאָליסלייט.
מיר האָט זיך געדוכט, אַז יעדער טאָג עפֿענט פֿאַר מיך אױף אַ נייע וועלטעלע, אַ נייעם טיף, אַ נייעם בילד, אַ נייע שטיק פֿסי כאָלאָגיע.
צו דער זעלבער צייט, ווען מיר פֿלעגט אױסקומען צו האָבען געשפּרעכען מיט מענשען פֿון דער אונטערוועלט, פֿלעג איך אַמאָל האָבען אַ געלעגענהייט צו אינטערוויואָן אײניגע פֿון די וויכטיג סטע פֿערזענליכקייטען אין לאַנד.
אין אַ געוויסען טאָג האָב איך אין דער פֿריה, צוזאַמען מיט אַנדערע רעפּאָרטערס, געהאַט אַ געשפּרעך מיט פּרעזידענט מעקינלי, און נאָכמיטאָג מיט אַ מערדער. זעהן זיך מיט מעקינלי'ן האָט מיך געשיקט סטעפֿענס. דאָס איז, נאַטירליך, ניט געווען אַ טייל פֿון מיין אַרבייט אין די פֿאָלים העדקוואָדערס. סטעפֿענס פֿלעגט מיר אָבער געבען פֿאַרשיידענע אַנדערע „אַססאַינמענטס" אױך.
דער געשפּרעך מיט מעקינלי'ן איז פֿאָרגעקומען אױף דער פֿערי, וואָס געהט פֿון ניו-דזשוירזי קיין ניו-יאָרק. דער פּרעזידענט איז יענעם פֿריהמאָרגען געקומען פֿון וואַשינגטאָן, און דער טונעל וואָס פֿאַראייניגט היינט ניו-דזשוירזי מיט ניו-יאָרק האָט נאָך ניט עקזיסטירט. די פּענסילוויניא ריילראָוד האָט קיין וואָקזאַל אין ניו-יאָרק נאָך אױך ניט געהאַט און מען פֿלעגט מוזען די רייזע ענדיגען מיט דער פֿערי.
עס איז געווען אַ גאַנצער קראָוד רעפּאָרטערס. איך האָב, אָבער, געהאַט עטליכע ספּעציעלע פֿראַגען, און די אַנדערע רעפּאָר טערס האָבען מיר געגעבען די מעגליכקייט זיי איהם צו שטעלען. געוועהנליך אין אַזא פֿאַל דינט אײן רעפּאָרטער (מייסטענס אײנ99נער פֿון די עלטערע פֿון אַ גרױסע צייטונג) אַלס דער וואָרט-פֿיהרער, אָבער די אַנדערע וואַרפֿען אױך אַריין אַ וואָרט, שטעלען אױך אַ פֿראַגע. אַ חוץ דעם: די רעפּאָרטערס זיינען צו מיר אימער געווען פֿריינדליך, און אָפֿט האָבען זיי מיך אַליין געפֿרעגט, צי איך האָב ניט עפּעס אַ וויכטיגע פֿראַגע אין זינען.
דורך מיין פֿאָליציי אַרבייט גופֿא פֿלעגט מיר אָפֿט אױסקומען מען צו ריידען מיט אָנגעזעהענע מענשען. אַמאָל פֿלעגט זיך פֿון דעם אינטערוויו ענטוויקלען אַ אינטערעסאַנטער זייטיגער גע שפּרעך, וועלכער האָט מיט מיין אינטערוויו ניט געהאַט צו טאָן.
אײן מאָל, ווען איך האָב באַזוכט אַ יונגען גלח, האָט ער מיך דערקענט אַלס אײנעם פֿון די רעדנער, וואָס ער האָט גע הערט אױף אַ סאָציאַליסטישען מיטינג אין באָסטאָן, ווען ער איז נאָך געווען אַ סטודענט. עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז ער איז אַ סאָציאַליסט אין האַרצען, נאָר ער האָט געהאַט זיין אײגענעם „פּאַטענט" אױף סאָציאַליזם.
איך האָב זיך געזעהן מיט פֿאָרשטעהער פֿון די פֿאַרשידענסטע קלאַסען, מיט די פֿאַרשידענסטע טיפֿען און אונטער די פֿאַרשידענ סטע אומשטענדען. צו דיזע אַלע באַגעגענישען פֿלעג איך געהן מיט אַ לײדענשאַפֿטליכען אינטערעס.
קיין ערצעהלונגען פֿאַר די זשורנאַלען האָב איך די ערשטע צייט ניט געשריבען. מיין נייע באַקאַנטשאַפֿט מיט'ן לעבען גופֿא איז מיר דאַן געלעגען אין זינען מעהר ווי די טעמאַס, וואָס איך האָב געהאַט אױף בילדער פֿון לעבען. איך האָב אָבער באַלד ווידער אָנגעפֿאַנגען צו שרייבען ערצעהלונגען פֿאַר די זשורנאַלען.
די רעדאַקציע פֿלעג איך באַזוכען כּמעט יעדען טאָג. אַ מאָל פֿלעג איך אַהין קומען אום ניין אוהר, אײדער איך בין געגאַנגען אין פֿאָליס העדקוואָדערס. דאָס איז מייסטענס געווען, ווען איך האָב געהאַט צו שרייבען פֿאַר דער ערשטער עדישאָן. געוועהנ ליך ניט קיין וויכטיגע נייעס, נאָר אַ מין פֿעליעטאָן.
100אַרום דריי אוהר, ווען עס איז שױן פֿאַרטיג געוואָרען די לעצ טע און וויכטיגסטע עדישאָן, פֿלעג איך ווידער קומען אין דער רעדאַקציע, סיידען איך האָב זיך דאַן געפֿונען אױף אַ „סטאָרי" צו ווייט ערגעץ-וואו.
דאַן פֿלעג איך זיך דורכריידען מיט סטעפֿענס'ען וועגען דער אַרבייט, אָדער סתם שמועסען מיט איהם און מיט די אַנדערע מיט אַרבייטער.
ווען איך בין אין פֿאָליס-העדקוואָדערס אָפֿגעוואוינט אַ פֿאָר מאָנאַט, האָב איך געגלױבט, אַז ווייטער איז דאָס ניט נױטיג, ניט פֿאַר דער צייטונג, ניט פֿאַר מיר. איך האָב געוואָלט האָבען אַל געמיינע „אַססאַינמענטס". איך האָב געוואָלט קומען אין באַ ריהרונג מיט פּאַסירונגען פֿון אַן אונבאַשרענקטען פֿעלד.
סטעפֿענס איז מיט מיר אײנפֿערשטאַנען געווען, און ער האָט אין פֿאָליס-העדקוואָדערס געשיקט אַן אַנדערען — אַ „נייעס-זאַמ לער", וואָס האָט מעהר געאַרבייט מיט'ן טעלעפֿאָן ווי מיט'ן פֿעדער.
ווען ער האָט טעלעפֿאָנירט וועגען עפּעס אינטערעסאַנטעס, און איך בין אין יענעם מאָמענט געווען אין אָפֿיס און פֿריי פֿון אַנדערע אַרבייט, פֿלעג איך אַריבערפֿאָהרען אױף דעם געהעריגען פּלאַץ.
פֿון דענסטמאָלט אָן איז מיין אַרבייט באַשטאַנען אין „דושע נעראַל אַססאַינמענטס".
אָבער שטרײנג פֿאַנאַנדערטיילען אַ רעפּאָרטער'ס אַרבייט איז ניט לייכט. מיר איז אױסגעקומען זיך צו זעהן מיט אַלערליי מענשען, קומען אין באַריהרונג מיט אַלערליי ערשיינונגען. אַמאָל פֿלעגט מיר דער דזשאַב אָן און פֿאַר זיך ניט אינטערעסירען. איך האָב אָבער אױף אַלץ געקוקט ווי אױף אַ שטודיום פֿון לעבען, און דער שטודיום איז מיר געווען אינטערעסאַנט.
די צייטונג איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער „אַססאָשיאיטעד פּרעסס" — די גרעסטע און מעכטיגסטע נייעס-אַגענטור אין אַמע ריקא, און היינט די רייכסטע אין דער וועלט. שױן אין יענע יאָה רען איז צו ווערען אַ מיטגליד אין איהר געווען אַ שווערע זאַך. עס101האָט געקאָסט ביי די הונדערט טױזענד דאָלאַר, און אַפֿילו מיט דיזער סומע איז אױך ניט געווען לייכט אַריינצוקומען.
די באַריכטען פֿון דער „עי פּי" (A. P. — אַזױ רופֿט מען אין די רעדאַקציעס די „אַססאָשיאיטעד פּרעסס"), קומען אַריין אױף זעהר דיניקע, געלע פּאַפּיר, וועלכע מען רופֿט „פֿלימזי" (זעהר לייכט). מיר, אָבער, פֿלעגען שרייבען אױף ווייסע, דיק ליכע בױגענס, מיט ווייכע, דיקע, שוואַרצע בלייִשטיפֿטען. מייס טענס פֿלעגען די בלייִשטיפֿטען זיין פֿאַפֿירענע, פֿון די, וואָס וויק לען זיך אָפֿ. דאָס פֿלעגט פֿאַרשפּאָרען די אַרבייט פֿון פֿאַרשניצען.
ווען מען מוז זיך אײלען, איז בעסער צו שרייבען מיט גרױסע אותיות און מיט ווייט אָפֿגעזונדערטע שורות. דערצו איז באַ קוועמער, ווען דער בױגען פּאַפֿיר איז גרױס. קען זיך די האַנט פֿריי פֿאַנאַנדערלאָזען.
[ז׳ 85] ער האָט געשיקט זיין זוהן, אַ אינגעל פֿון אַ יאָהר צוועלף, אין דעם לעהרערצימער ריידען מיט איהם דורך דעם אינסטרומענט. איך האָב דעם אינגעל געבעטען ער זאָל מיר לאָזען הערען ווי זיין פֿאָטער רעדט צו איהם. דאַן האָט דער יונגער קאַטעלניקאָוו געזאָגט צום פֿאָטער: „קאַהאַן וויל הערען ווי דו רעדסט צו מיר", און ער האָט מיר איבערגעגעבען דעם „רעסיווער", וועלכען איך האָב גלייך צוגעלייגט צום אױער. דאַן האָב איך דערהערט די ווערטער: — זאָג קאַהאַנ'ען, ער זאָל גלייך געהן צום ביכעל און לערנען דעם אורק. אַז ניט, וועל איך איהם באַשטראָפֿען.