102אינערליך איז די רעדאַקציע געווען אַנדערש ווי אַלע אַנדערע. דיזען אייגענאַרטיגען כאַראַקטער האָט איהר צוגעגעבען לינקאָלן סטעפֿפֿענס — אין זיין אָפּטיילונג וועניגסטענס; און זי איז געווען די וויכטיגסטע. ער האָט געמאַכט אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין דעם סיטי דעפּאַרטמענט (אָבטיילונג פֿון שטאָדט-נייעס). ער האָט ענטזאָגט ביי צוויי-דריטעל פֿון די פֿריהערדיגע רעפּאָרטערס, און אויף זייער פּלאַץ האָט ער אריינגענומען מענשען פֿון אַ גאַנץ אַנדער טיפּ.
אין יענע יאָהרען זיינען צווישען אַמעריקאַנער צייטונגס-לייט געווען זעהר וועניג געבילדעטע לייט. עס איז געווען אייַנגעוואָרצעלט אַ געפֿיהל, אַז דער, וואָס האָט אוניווערסיטעטס בילדונג, טויג ניט צו זשורנאַליזם (זעה צווייטען באַנד, פּיידזש 330-331). סטעפֿפֿענס איז אַליין געווען אַ „אוניווערסיטעט מענש" און די נייע רעפּאָרטערס, וואָס ער האָט אריינגענומען, זיינען מייסטענס געווען פֿון זיין קלאַס. ער האָט צוזאַמענגעשטעלט אַ גרופּע פֿון געבילדעטע יונגע לייט, קאָלעדזש באָים מיט ליטעראַרישע אַמביציעס. ער האָט אַליין געשטרעבט צו אַ ליטעראַרישע קאַריערע, אין דעם בעסערען זין פֿון דעם אויסדרוק, און ער האָט זיך אַרומגערינגעלט מיט אינטעליגענטע באָים פֿון דעם זעלבען סאָרט.
103דאָס איז געווען די איינציגע אַמעריקאַנער רעדאַקציע, וואָס האָט געהאַט אַ „סיטי סטעף" פֿון דיזען מין.
דערנאָך זיינען אָנגעקומען אַנדערע פֿון דעם זעלבען קלאַס. ניט אַלע נייע זיינען פֿאַרבליבען, און ניט אַלע פֿון די אַלטע רעפּאָרטערס האָט סטעפֿפֿענס ענטזאָגט. אָבער דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון דעם סיטי סטעף — דאָס הייסט, פֿון דער לעבעדיגער און וויכטיגסטער אָפּטיילונג פֿון דער צייטונג — איז ראַדיקאַל געענדערט געוואָרען.
איינער פֿון די רעפּאָרטערס, וואָס זיינען איבערגעבליבען פֿון דעם פֿריהערדיגען סיטי עדיטאָר, איז געוועסען פּונקט אַנטקעגען מיר. ווען איך בין אָנגעקומען, און האָב זיך געפֿיהלט ווי אַ פֿרעמדער, האָב איך געמיינט, אַז ער איז אַ גאַנצער תקיף אין אָפֿיס. ווען מיר האָבען זיך פֿאַנאַנדערגערעדט, האָב איך זיך ערקונדיגט, אַז ער פֿיהלט זיך אַ סך עלענדער ווי איך. ער האָט מורא געהאַט, אַז מען וועט איהם „פֿיירען" (אָפּזאָגען). ער האָט זיך פֿאַר מיר באַקלאָגט אויף זיין מזל. ער האָט פּעסט געגלויבט, אַז ער האָט טאַלאַנט, אָבער, זיין טאַלאַנט ווערט ניט אַנערקענט. אויפֿ'ן צווייטען אָדער דריטען טאָג פֿון אונזער באַקאַנטשאַפֿט האָט ער מיר געזאָגט, אַז ער איז פֿאַרהייראַט, אָבער, אַז ער האָט זיך מיט זיין פֿרוי געשיידט, און ער האָט מיר דערצעהלט וועגען איהר.
זיינע אינטימע רייד האָבען מיך איבעררעשט. אָן אַמעריקאַנער וואָס רעדט אַזוי, אַפֿילו מיט גוטע באַקאַנטע, איז אַ זעלטענע אויסנאַהמע. אַ סענטימענטאַלער פֿאַר'צרה'טער מענש איז דאָס געווען, מיט וויינינג כאַראַקטער. ער האָט זיך געניוטיגט אין אַ פֿריינד, פֿאַר וועמען זיך אויסצוריידען דאָס האַרץ. ער האָט זיך אַליין גערופֿען „מיספֿיט" (לא יוצלח).
ער איז געווען אַ בלאָנדער, אַ דאַרער, נעט און ציכטיג געקליידט. איך האָב באַמערקט, אַז ער קומט יעדען טאָג פֿון וואָך אין אַן אַנדער נעקטיי. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ נייעס. איך האָב זאָגאַר ניט געוואָוסט, אַז עס איז פֿאַראַן אַזאַ „מאָדע". איך וואָלט זיך104געקענט פֿאָרשטעלען, אַז אַ מיליאָנער בייט אַזוי אָפֿט זיינע האַלזטיכער. — אָבער, אַז אַן אָרימער רעפּאָרטער זאָל אַזוי טאָן — דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַן ענטדעקונג. יעדען טאָג, ווען איך פֿלעג זיך מיט איהם באַגריסען, — פֿלעג איך אַ קוק טאָן אויף זיין האַלזטוך. מאָנטאָג האָט ער זיך באַוויזען אין איינעם פֿון די האַלזטיכער, וואָס ער האָט שוין פֿאָריגע וואָך געטראָגען. אין אַלעמען האָט ער פֿאַרמאָגט זעקס שטיק.
איך האָב אויך באַטראַכט די האַלזטיכער פֿון די אַנדערע מיטאַרבייטער, און איך האָב געזעהן, אַז זיי בייטען זיי אויך, הגם ניט יעדערער יעדען טאָג.
איך האָב געהאַט בלויז איין האַלזטוך, האָב איך איצטער געקויפֿט נאָך אַ פּאָר און אויך אָנגעהויבען זיי צו בייטען.
איין מאָל, אין אַ מאָנטאָג, ווען דער רעפּאָרטער וואָס איז געזעסען אַנקעגען מיר, איז געקומען צו דער אַרבייט, האָט ער געפֿונען אַ בריף פֿון סטעפֿפֿענס'ען — אַ מעלדונג, אַז דאָס איז זיין לעצטע וואָך. אַזוי האָט זיך געפֿיהרט, ווען מען האָט אימעצען „געפֿיירט". ער האָט מיר געוויזען דעם בריף.
— איך האָב דאָס ערוואַרט. איך בין אַ „מיספֿיט" — האָט ער געזאָגט.
אַ צווייטער רעפּאָרטער, פֿון די, וואָס זיינען איבערגעבליבען פֿון פֿריהער, האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזען די ליולקע פֿון מויל. די ערשטע צייט, איידער איך האָב זיך צו איהם צוגעוואוינט, איז צוליב זיין ליולקע מיר שווער געווען צו פֿאַרשטעהן, וואָס ער זאָגט. אָבער זיין פּיפּקע איז געהאַנגען אַ לאַנגע פֿאָר דונקעלע וואָנצעם, ווי עס איז די מאָדע ביי די מאַלאָראָסען. זיין אָנבליק איז אָבער געווען אַן אַנדערער.
ער פֿלעגט ריידען מיט אַפּעטיט און לאַכען מיט אַפּעטיט. אָפֿט פֿלעגט ער געבען אָנצוהערעניש, אַז ער שטאַמט פֿון ענגלישע לאָרדען און, אַז זיין פֿאָטער איז אַמאָל געווען זעהר רייך. ער איז געווען אַ פֿרעהליכער יונג און אַ גוטער חבר. אין אַ פֿרייע צייט פֿלעגען מיר זיצען און שמועסען. ער פֿלעגט מיר דערצעהלען פֿון זיינע קינדער-יאָהרען אין קענעדע, און איך — פֿון מיינע105קינדער-יאָהרען אין ווילנע. איינע פֿון מיינע מעשה'לעך פֿון דעם ווילנער אינסטיטוט, די געשיכטע מיט דעם קעמעלע (זעה ערשטען באַנד, 338-340) האָט איהם אַזוי פֿאַראינטערעסירט, אַז ער האָט איהר איבערגעמאַכט אויף אַן ענגלישען שטייגער, און זי איז געווען געדרוקט אַלס אַן עכט-אַמעריקאַנער פֿעליעטאָן. איהם האָט סטעפֿפֿענס ניט ענטזאָגט. מיר האָבען געאַרבייט צוזאַמען ביי פֿיר יאָהר.
אַ געוויסע צייט נאָכדעם ווי איך בין אָנגעקומען, האָט זיך אין דער רעדאַקציע, אַלס איינער פֿון די רעפּאָרטערס, באַוויזען אַ יונגערמאַן, וועגען וועלכען מען האָט געזאָגט, אַז ער געהערט צו דער אַמעריקאַנער אַריסטאָקראַטיע, — אַ שעהנער יונג, אַביסעל אַ צוטומעלטער און אַ ווילדער, אָבער אַן ענערגישער און אַ אינטערעסאַנטער. מען האָט געזאָגט, אַז ער האָט אין זינען צו גרינדען אַ צייטונג, און אַז ער איז אָנגעקומען זיך לערנען די פּראַפֿעסיע צו דיזען צוועק. עס האָט זיך אַרויסגעצייגט, ערשטענס, אַז ער איז גאָר ניט אַזוי רייך, ווי מען האָט געמיינט, און צווייטענס, אַז די רעפּאָרטער-באַשעפֿטיגונג האָט איהם אינטערעסירט הויפּטזעכליך אַלס אַן אַוואַנטורע.
די יונגע אינטעליגענטען מיט די ליטעראַרישע אַמביציעס האָבען דעם פּייפּער צוגעגעבען דעם אינטערעסאַנטען כאַראַקטער, וועלכען סטעפֿפֿענס האָט געהאַט אין זינען. אָבער מיט זיי אַליין האָט ער ניט געקענט אויסקומען. עס האָבען זיך געפֿאָדערט זשורנאַליסטען. מיט ערפֿאַהרונג און מיט ספּעציעלע פֿעהיגקייטען צו דעם פֿאַך. אַלזאָ, האָט ער געמוזט איבערלאָזען אַ פּאָר פֿון די אַלטע און נאָך צונעמען אַ פּאָר נייע גענוטע צייטונגס-לייט פֿון דעם געוועהנליכען סאָרט. איינער פֿון זיי איז געווען אַ פֿאַרקמורעטער מאַן פֿון די מיטעלע יאָהרען, מיט דאַרע הענט און לאַנגע, דאַרע פֿינגער, מיט געדיכטע בלאָנדע וואָנצעם, וואָס זיינען אריבערגעהאַנגען איבער אַ ברייטער מויל. ער האָט וויינינג גערעדט; דערפֿאַר האָט ער אַ סך געטרונקען. ווען ער איז געווען שכּור, פֿלעגט ער ריידען נאָך וויינינגער. ווען ער פֿלעגט קומען פֿון אַן „אַססאַינמענט" אין אַזאַ צושטאַנד, פֿלעגט ער זיך זעצען106מיט אַ בייזע מינע און טאָן זיין אַרבייט. ביים שרייבען פֿלעגען די פֿינגער מיט'ן בלייִשטיפֿט זיך ביי איהם דרעהען אַזוי ווי זיין האַנט וואָלט „געפֿאַלען פֿון די פֿיס". אָבער אַזוי פֿלעגט ער שרייבען, ווען ער איז געווען ניכטער אויך. ער פֿלעגט אויסצירקלען יעדען בוכשטאַב באַזונדער.
ער איז געווען אַ גלענצענדער נייעס-זאַמלער און געשריבען האָט ער אויך גוט.
איך האָב אַמאָל מיט איהם צוזאַמען געאַרבייט ביי אַ קרימינעלען פּראָצעס (דאָס איז געווען ביי אַ יאָהר שפּעטער. ער האָט דאַן שוין געאַרבייט אין אַן אַנדער צייטונג), האָט ער פֿאַרשריבען די אַנטוואָרטען פֿון די עדות כמעט וואָרט-אין-וואָרט, אַזוי ווי סטענאָגראַפֿיש. ווען איך האָב געקוקט ווי זיינע פֿינגער וואַרפֿען זיך, אויסגרייזלענדיג יעדען בוכשטאַב, האָט זיך מיר געדוכט, אַז ער שרייבט זעהר לאַנגזאַם. ווי אַזוי ער האָט פֿאָסספּעיעט אויפֿצושרייבען יעדען וואָרט, וואָס דער עדות האָט אַרויסגערעדט און נאָך צוגעגעבען ערקלערונגען, איז פֿאַר מיר געווען אַ רעטעניש.
ער האָט זעלטען געשמייכעלט, אָבער ווען ער פֿלעגט אַ שמייכעל טאָן, פֿלעגט זיין פּנים ווערען ליבליך ווי ביי אַ קינד.
איין רעפּאָרטער פֿון די איבערגעבליבענע איז געווען פֿון דיי טשע עלטערען. דייטש האָט ער אָבער ניט געקענט ריידען קיין וואָרט. דאָס איז געווען אַ רויט-האָריגער יונג פֿול מיט ענערגיע. ווען ער פֿלעגט זיך אומקערען פֿון אַן „אַססאַינמענט", פֿלעגט ער ניט אריינקומען, נאָר אריינפֿליהען. דאַן פֿלעגט ער זיך אַ זעץ טאָן ביי זיין דעסק און אָנהויבען צו אַרבייטען אויף אַלע כּלים. אויף געפֿינען נייעס איז ער געווען אַ פֿיל גרעסערער בריה ווי אויף שרייבען. ווען מען האָט נאָר באַדאַרפֿט אויספֿאָרשען פֿאַקטען, אויסגראָבען איינצעלהייטען, הויפּטזעכליך ווען דערצו האָט זיך געפֿאָדערט אַרומצופֿליהען פֿון איין עק שטאָדט ביז דעם אַנדערען, פֿלעגט ער שוין באַקומען דעם דזשאַב.
ער איז געווען אַן ערליכער, אַן אָפֿען-הערציגער.
— אַך, ווען איך וואָלט געקענט אַזוי גוט שרייבען, ווי איך107קען זוכען נייעס! — פֿלעגט ער זאָגען צו מיר מיט זיין אָנגענעמען שמייכעל.
יעדע אָפּטיילונג האָט געהאַט איהר רעדאַקטאָר, אַלע אונטער ראַיט'ן, דעם הויפּט רעדאַקטאָר. עטליכע פֿון זיי זיינען געזעסען ניט ווייט פֿון מיר, און דער איינדרוק, וואָס זיי האָבען אויף מיר געמאַכט, מיט זייער אויסערליכען אויסזעהן, איז אַ טייל פֿון מיין זכּרון-בילד פֿון די ערשטע טעג וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין דעם „קאַממוירשעל אַדווערטייזער". סטעפֿפֿענס, מיט וועמען איך בין שוין געווען נאָהענט באַקאַנט, האָט זיין דעסק געהאַט לעבען מיין שטול (ער האָט מיר אומישנע געגעבען דעם פּלאַץ, כּדי מיר זאָלען קענען כאַפּען אַ שמועס אין אַ פֿרייע מינוט). לעבען איהם איז געזעסען זיין ערשטער אַסיסטענט, אַ פֿרעהליכער ברונעט מיט'ן נאָמען לאַשאָססע (זיינע עלטערען זיינען געווען פֿראַנצויזען), און זיין צווייטער אַסיסטענט און קאָפּי רידער (מאַנוסקריפֿט לעזער), וועגען וועלכען איך געדענק נאָר אַז ער האָט געהאַט אַ הילצערנע פֿוס.
ווייטער האָט זיך מיר געוואָרפֿען אין די אויגען טשעפּמאַן, דער „טעלעגראַף רעדאַקטאָר", אַ געזונטער, ברייט-פּלייציגער ענגלאַנדער, וועלכער האָט גערעדט מיט אַ שטאַרקען לאָנדאָנער אַקצענט, און פֿלינן, דער „מעיק אָפּ עדיטאָר" (דער וואָס שטעלט צוזאַמען די צייטונג), אַ בלאָנדער יונגערמאַן, מיט אַ הויכער פֿיגור, וועלכע איז אימער געווען אַזוי שטייף און גלייך, אַז ער האָט מיך דערמאָנט אָן דעם וווערטעל „אַזוי ווי ער וואָלט אַראָפּגעשלונגען אַ שטעקען". דער לאָנדאָנער עולם „פֿאַרלירט" דעם „עיטש" („ה") אין ריידען — אַזוי ווי אונזערע אידען פֿון בערדיטשעוו אָדער גראָדנע, און איינער פֿון די ערשטע שפּאַסען, וועלכע איך האָב געהערט אין דער רעדאַקציע איז געווען וועגען טשעפּמאַן'ס לאָנדאָנער ענגליש.
— ער פֿאַרלירט אַזוי פֿיל „עיטשעס" ווען ער רעדט — האָט108אימעצער איהם געקיבעצעט — אַז אַ באָי מוז אַלע ווייַלע צוליופֿען מיט אַ בעזים, אָפּראַמען דעם פּלאַץ.
דאָס איז געווען טאַקע ניט מעהר ווי אַ שפּאַס, וואָרים טשעפּמאַן האָט אויסגערעדט די ווערטער ריכטיג, ווי די לאָנדאָנער אינטעליגענץ. קיין „איטשעם" פֿלעגט ער ניט פֿאַרלירען.
אַ דריטער רעדאַקטאָר, וועלכער האָט זיין דעסק געהאַט ניט ווייט פֿון מיר, איז געווען עללען, פֿון דעם „סאָסייעטי קאָלומן" (די אָפּטיילונג וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער „אַריסטאָקראַטישער געזעלשאַפֿט") — אַן אַמעריקאַנער מיט אַן אַטלעטישער פֿיגור און מיט אַ קלאָהר-ווייסען, פֿריינדליך-שמייכלענדען פּנים — אַ פֿראַנט, נאַטירליך.
אַ חוץ סטעפֿפֿענס'ן, האָב איך פֿון די ערשטע טעג אָן געהאַט אָפֿטע באַציהונגען מיט דעם ליטעראַרישען רעדאַקטאָר, ווייל ער פֿלעגט מיך אָפֿט בעטען שרייבען איבערבליקען איבער נייע ביכער. זיין נאָמען איז געווען קופֿער, — אַ מאַן מיט אַן אינטעליגענטען פּנים, מיט אַ געדיכטע דונקעל-ברוינע באָרד און מיט ברילען, אַ באַלעזענער און געבילדעטער מענש, וועלכער האָט געשריבען מיט אַן אָנגענעהמען סטיל און האָט געהאַט אַ מערקווירדיגע פֿעהיגקייט צו לעזען שנעל. ער פֿלעגט איבערלייענען עטליכע שורות מיט אַ מאָל. אַ בוך פֿון דריי אָדער פֿיר הונדערט פּיידזשעם פֿלעגט ער איבערלייענען אין ווייניגער ווי אַ שטונדע צייט.
שפּעטער איז צו קופֿער'ן, אַלס אַ וויכטיגער מיטאַרבייטער אין דער ליטעראַרישער אָפּטיילונג, צוגעקומען פּראָפֿעסאָר העררי טהוירסטאָן פּעק, פֿון קאָלאָמביא יוניווערסיטי. ער איז געווען פּראָפֿעסאָר פֿון לאַטיין. פֿאַר דעם „קאַממוירשעל אַדווערטייזער" אָבער, און אָפֿט אויך פֿאַר דעם אָדער יענעם פֿון די זשורנאַלען, פֿלעגט ער שרייבען וועגען היינטיגע ליטעראַרישע ענינים און אויך פֿעליעטאָנען וועגען אַנדערע זאַכען. דערפֿון פֿלעגט ער פֿאַרדינען מעהר ווי אין אוניווערזיטעט. ער פֿלעגט קומען יעדען דאָנערשטאָג, אימער מיט אַ בלום אין דער קלאַפּע, זיך אַנידערזעצען און צופֿערטיגען זיין אַרטיקעל פֿאַר דער ביילאַגע צו109דעם שבת'דיגען נומער. ער פֿלעגט דעם אַרטיקעל דיקטירען אַ סטענאָגראַפֿיסטקע, און דיקטירענדיג, פֿלעגט ער אַהן און אויפֿהער רויכערען און פֿינטלען מיט די אויגען. אין זיין פֿאַך — לאַטיינישע ליטעראַטור — איז ער געווען אַן אמת'ער געלעהרטער. אין באַצוג צו בעלעטריסטישע ווערק אָבער, אין וועלכע עס האָנדעלט זיך וועגען היינטיגע מענשען, איז ער געווען זעהר אויבערפֿלעכליך. אין אַזעלכע ענינים האָט ער געהאַט די זעלבע מיינונגען ווי דער געוועהנליכער אַמעריקאַנער לעזער, און געשריבען האָט ער הויפּטזעכליך וועגען היינטיגע בעלעטריסטיק. ער האָט געהאַט אַ גלאַטען סטיל, פֿלעגט דיקטירען וואָס פֿלעגט איהם אַרויפֿקומען אויפֿ'ן זינען, און דערנאָך אַליין פֿאָרגעסען וואָס ער האָט דיקטירט.
איין מאָל, אין אַ געשפּרעך מיט איהם, האָב איך גערעדט איראָניש וועגען אַ געוויסען ערפֿאָלגרייכען ראָמאַן, וועלכער האָט געהאַט אַ „גליקליכען סוף", הגם דאָס איז אויסגעקומען אוננאַטירליך. אויף דעם האָט פּראָפֿעסאָר פּעק באַמערקט, אַז אַ פֿרעהליכער סוף איז אַ קינסטלערישער סוף, וואָרים „די קונסט דאַרף דעם לעזער'ס שטימונג אויפֿהויבען, ניט איהר אַרונטערדריקען".
אַזעלכע ווערטער פֿלעגט מען דאַן הערען פֿון אַלע אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרען.
ראַיט, דער הויפּט רעדאַקטאָר, פֿלעגט זיך פֿאַר די מיטאַרבייטער פֿון דעם „סיטי דעפּאַרטמענט" זעלטען באַווייזען. אַז ער פֿלעגט זיך יאָ באַווייזען, פֿלעגט ער מיט יעדען זיין זעהר העפֿליך. ער איז איבערהויפּט געווען אַ גוטער, איידעלער, שטילער מענש.
מיט מיר פֿלעגט ער מייסטענס ריידען וועגען ליטעראַרישע ענינים. אַמאָל פֿלעגט ער מיך איינלאַדען צו זיך אין צימער, וואו מיר פֿלעגען אָפּזיצען אַ לאַנגע צייט שמועסענדיג. ער פֿלעגט זיך מיהען מיר צו ווייזען די פּראַכט פֿון טענניסאָן'ס פּאָעזיע.
די רעדאַקציע איז באַשטאַנען פֿון איין גרויסען, לאַנגען זאַל110און פֿון עטליכע קליינע צימערען אויף דעם זעלבען עטאַזש און אויף דעם נעקסטען. אין צוויי-דריטעל פֿון דעם גרויסען זאַל איז געווען האַלב-דונקעל, און איינינע פֿון די מיטאַרבייטער פֿלעגען כמעט אימער אַרבייטען פֿאַר עלעקטרישע ליכט. דאָ איז געווען דער גאַנצער סיטי דעפּאַרטמענט. די רעפּאָרטערס פֿלעגען דאָס רופֿען „די שעף" (דער וואָרשטאַט).
ווען איך דערמאָן זיך אָן דעם „שעף", הילכען מיר אין די אויערען די שטעכיגע קלאַנגען פֿון די טעלעגראַף אינסטרומענטען, די מעטאַל-קלינגענדע טאָק-טאָק-טאָק פֿון די טייפּרייטערס (שרייב-מאַשינען), דער פֿינטעלדינגער גערוויש פֿון דעם „טיקער", וואָס ווייזט דעם קורס אויף דער בערזע, די ווייכע שלינגעריי פֿון דער טעלעפֿאָן „סוויטשבאָרד" הינטער מיר, פֿאַרשמייעטע, אונגעדולדינע געשרייען: „קאָפּי! קאָפּי!", דער געלאַף פֿון אַ קאָפּי-באָי. איך זיץ און שרייב אין דיזען פֿילפֿאַכיגען גערודער, און עס דוכט זיך מיר, אַז איך בין אָפּגעזונדערט פֿון דער גאַנצער וועלט, און אַז די אַנדערע מיטאַרבייטער זיינען אויך ווייט אָפּגעטיילט איינער פֿון דעם אַנדערען — שיפֿלעך וואָס שווימען אין אַ ים פֿון קלאַנגען, יעדע באַזונדער.
אַרום אַ פֿערטעל צו דריי, ווען דער פּייפּער איז שוין געגאַנגען צום פּרעס, פֿלעגט די אינטעליגענטערע גרופּע, סטעפֿפֿענס אריינגערעכענט, זיך אַרומקלייבען ביי דעם צענטער פֿון דעם לאַנגען טיש, און שמועסען וועגען ליטעראַטור. כמעט יעדען טאָג איז אַזוי געווען.
איך בין געווען עלטער פֿאַר די איבעריגע. אָבער דאָס האָט ביי זיי קיין ראָלע ניט געשפּילט. אַ ראָלע האָט געשפּילט דער פֿאַקט, אַז איך בין דער פֿאַרפֿאַסער פֿון ענגלישע ביכער און מיינע ערצעהלונגען דרוקען זיך אין די וויכטיגסטע אַמערי111קאַנער זשורנאַלען*; און אפֿשר נאָך מעהר דער פֿאַקט, אַז איך האָב וועגען ליטעראַטור פֿעסטע איבערצייגונגען.
דיזע יונגע לייט האָבען פֿאַרשטאַנען, אַז אין באַצוג צו דיזען געגענשטאַנד איז אַמעריקא אַ צוריק-געשטאַנענע לאַנד, און זיי האָבען געדורשט אַרויפֿצוקומען אויפֿ'ן ריכטיגען וועג. וועגען ביכער און שרייבער וואָלט זיי קיין מאָל ניט מיאוס געוואָרען צו ריידען. זיי האָבען אָבער ניט געהאַט קיין מיינונגען. זיי האָבען אַרומגעבלאָנזשעט. אין די אַמעריקאַנער זשורנאַלען און אין די ליטעראַרישע קריטיקען אין די צייטונגען האָבען זיי ניט געקענט געפֿינען קיין באַשטימטען שטאַנדפּונקט.
אין אַמעריקא האָבען דעם גרעסטען ערפֿאָלג דאַן געהאַט ראָמאַנען וועגען ריטערס פֿון מיטעלאַלטער, וועגען זייער העלדישקייט, געפֿערליכע אַוואַנטורען, איבעראַשענדע געשעהענישען, אינטריגען, סענסאַציאָנעלע פּלאָנטערס. דיזע נאַרישע מעשיות פֿלעגען געשריבען ווערען אין אַ פֿיינע שפּראַך; די ביכער פֿלעגען זיין שעהן געדרוקט און שעהן געבונדען, און די קריטיקער פֿלעגען זיי נעמען ערנסט, אַלס ליטעראַטור, אַלס קונסט-ווערק.
די פּאָעזיע, וואָס מען האָט געפֿונען אין די זשורנאַלען, און אַמאָל זאָגאַר אין אַ צייטונג, איז געשטאַנען פֿיל העכער ווי די בעלעטריסטיק. אויף אַ געדיכט גיט מען אָפּ נאָר אַ קליינעם פּלאַץ. מען שטעלט איהר אריין אויסצופֿילען אַ ליידיגען ברעג פֿון אַ פּיידזש. אַלזאָ, קען מען זיך ערלויבען אַזאַ געדיכט, וואָס נאָר די אינטעליגענטערע לעזער וועלען אָפּשאַצען.
אַז דער אויבען-דערמאָנטער סאָרט ראָמאַנען איז ניט קיין ליטעראַטור — דאָס האָבען מיינע אינטעליגענטע קאָלעגען אי יאָ פֿאַרשטאַנען, אי ניט פֿאַרשטאַנען.
האָוועללס האָט נאַטירליך געהאַט אַ דייטליכען שטאַנדפּונקט, אָבער זיי האָבען ניט געקענט פֿאַרשטעהן אין וואָס ער112באַשטעהט, און זיין פֿאָרזיכטיגער, צנועה'דיגער רעאַליזם איז פֿאַר זיי ניט געווען אינטערעסאַנט גענוג. זיי האָבען געזוכט עפּעס שטאַרקערעם.
די ליטעראַטור פֿון ענגלאַנד האָט דאַן זיי אויך ניט געקענט צופֿרידענשטעלען, וואָרים דאָרטען האָט דאַן אויך געהערשט די ראָמאַנטישע שול, און שעהן-געשריבענע קינדערשע אַוואַנטורען-מעשיות זיינען געווען באַטראַכט אַלס דער מוסטער פֿון ליטעראַרישער קונסט. האַרדי איז געשטאַנען אַ סך נעהענטער צו אַ לעבענס-ליטעראַטור ווי אַנדערע ענגלישע שריפֿטשטעלער פֿון יענער צייט, אָבער זיינע צוויי בעסטע ווערק האָבען ענגלישע קריטיקער פֿאַרדאַמט אַלס אונמאָראַליש. און דאָס האָט זיי נאָר צוטומעלט. דזשאָרדזש מאָאַר איז פֿיל רעאַלער ווי האַרדי; זיינע ראָמאַנען זיינען שטאַרק און פֿול מיט לעבען; האָט מען איהם דאַן אין אַמעריקא ווייניג געלעזען. קיפּלינג איז דאַן געווען אויף דעם העכסטען שטאַפֿעל פֿון זיין ערפֿאָלג, און זיי פֿלעגען ריידען מיט באַגייסטערונג וועגען איהם. דאָך, ווען איך פֿלעג מאַכען שפּאַס פֿון זיינע ראָמאַנטישע, בלוט-פּאַטריאָטישע ערצעהלונגען, פֿלעגען זיי זיך צו מיינע רייד צוהערען.
מיינע פֿעסטע איבערצייגונגען און דייטליכער געשמאַק אין באַצוג צו ליטעראַטור, מיין ליידענשאַפֿטליכער אינטערעס אין די קונסט-ווערק, און די היציגע רייד, מיט וועלכע איך פֿלעג מיינע מיינונגען אַרויסזאָגען — דאָס אַלץ איז ניט געווען קיין געוועהנליכע זאַך אין אַן אַמעריקאַנער געשפּרעך וועגען ליטעראַטור. וועגען אַזעלכע ענינים רעדט מען אין אַמעריקא אין אַ לייכטען, גלייכגילטיגען טאָן. איך פֿלעג דאָס אָבער נעמען אַזוי טיף ערנסט. אַלזאָ, פֿלעגען מיינע ווערטער אויף מיינע „שעף"-חברים מאַכען אַן איינדרוק. אין די נאָכמיטאָג'דיגע שמועסען ביי דעם לאַנגען, שוואַרצען רעפּאָרטער-טיש פֿלעג איך זיין דער צענטער.
איך מוז אָבער זאָגען, אַז הגם מיינע „שעף"-קאָלעגען האָבען ניט געהאַט קיין אייגענע איבערצייגונגען און זיי האָבען געצויגען צו עפּעס אַנדערש ווי די „קלאַסישע" ענגלישע ווערק, אין זיי מיט די באַגריפֿען, וואָס מען האָט אין זיי איינגעוואָר113צעלט אין די קאָלעדזשעס, ניט לייכט געווען זיך צו זעגענען. אַלזאָ פֿלעגען צווישען אונז פֿאָרקומען דעבאַטען. ווען איך פֿלעג זאָגען, אַז טהעקעריי, צום ביישפּיל, רעדט צופֿיל, און אַז זיינע ווערק ענטהאַלטען אַ סך מעהר פֿעליעטאָן-אַרבייט ווי מאָהלעריי, אָדער אַז דיקענס איז אַ זעהר טאַלאַנטפֿולער פֿלעכטער פֿון אונמעגליכקייטען און דומהייטען, פֿלעגט דאָס פֿאַר זיי זיין אַ פֿיינליכע איבעראַשונג, אַזוי ווי איך וואָלט פֿאַרשוועכט אַ הייליגטום. זיי פֿלעגען מיט מיר אַרגומענטירען, ראַנגלען זיך, און איך פֿלעג ענטפֿערען מיט פֿייער. מיין שטימע פֿלעגט קלינגען איבער דער גאַנצער רעדאַקציע. עס פֿלעגען זיך צוזאַמענלויפֿען מיטאַרבייטער פֿון אַנדערע דעפּאַרטמענטס. די געלאַסענע, בכבוד'ע אַמעריקאַנער פֿלעגען זיך פֿיהלען אונבאַקוועם. מיין אפּיקורסות פֿלעגט זיי אָבער רייצען. זיי פֿלעגען זיך צוהערען מיט דעם טיפֿסטען אינטערעס, און ביסלעכווייז, ביסלעכווייז, זיינען זיי מיט מיר איינפֿאַרשטאַנען געוואָרען.
סטעפֿפֿענס פֿלעגט שטעהן אָהן אַ רעקעל, רויכערען זיין ליולקעלע, זיך צוהערען מיט ערנסטע אויפֿמערקזאַמקייט, און פֿון צייט צו צייט די ליולקעלע אַרויסנעמען פֿון מויל און מאַכען אַ באַמערקונג.
קאַרל האָווי, וועלכער איז געווען דער עכסטער פֿון אונז אין וואָאוקס — אַ לאַנגער, לאַנגער יענקי, מיט בלויע אויגען — פֿלעגט קעמפֿען געגען מיר מיט פֿאַרביסענקייט. אַזוי ווי איצט, זעה איך איהם ווי ער זיצט אויף דעם גרויסען טיש, אויך מיט אַ ליולקעלע אין מויל, זיינע לאַנגע פֿיס אונטערגעבויגען אונטער זיך, בשעת מיר שטעהען און דעבאַטירען.
איין מאָל אַ שבת, ווען האָווי האָט באַקומען זיין געהאַלט, איז ער פֿון דער רעדאַקציע געגאַנגען ניט גלייך אַהיים, נאָר צו ערשט אין ברענטאַנאָ'ס בוך-סטאָר. ער האָט געקויפֿט „רודין", אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. וואָרים דאָס איז געווען איינע פֿון טורגעניעוו'ס ווערק, וועלכע איך האָב שטאַרק געלויבט.
דער דאָלאַר-און-אַ-האַלב וואָס ער האָט באַצאָהלט פֿאַר'ן בוך איז ביי איהם געווען אַ גרויסע סומע. זיין פֿרוי איז געווען114אַן אַריסטאָקראַטקע פֿון דער סאָוטה, און זיי האָבען געלעבט איבער זייערע מיטלען. ער האָט מיר אַמאָל פֿאַרטרויט, אַז אָפֿט קומט ער אין דער רעדאַקציע אָהן אַ סענט אויף לאָנטש. דעם דאָלאַר-און-אַ-האַלב האָט ער באַדאַרפֿט האָבען אויף שפּייז אָדער אויף רענט.
מאָנטאָג, ווען ער איז געקומען צו דער אַרבייט, איז ער צוגעגאַנגען צו מיר און מיר געדריקט די האַנט. ער האָט איבערגעלעזען „רודין". ער איז געווען ענטציקט. ער האָט דערזעהן אַ נייע וועלט. אַלע בעלעטריסטישע ווערק, וואָס ער האָט פֿריהער געלעזען, זיינען פּלוצלינג געוואָרען בילינג אין זיינע אויגען.
נעקסטען שבת האָט ער געקויפֿט אַ צווייטען באַנד פֿון טורגעניעוו, און אַזוי ווייטער, ביז ער האָט דורכגעלייענט אַלע וויכטיגע ווערק פֿון דיזען שריפֿטשטעלער, און דאַן האָט ער זיך גענומען פֿאַר טאָלסטאָי'ען, וועמען איך האָב פֿאָרגעשטעלט אַלס אַ גרעסערען קינסטלער ווי טורגעניעוו.
ענליכעס, אויף אַן אַנדער שטייגער, איז געווען מיט די אַנדערע מיטאַרבייטער פֿון דער אינטעליגענטערער גרופּע. אַ דיקער יונגער מיטאַרבייטער, מיט רויטע באַקען און בלייכע אויגען, וועלכער האָט געענדיגט אַן אַמעריקאַנער אוניווערזיטעט און אויך דעם אוניווערזיטעט פֿון אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, איז אויפֿגעבראַכט געוואָרען פֿון מיינע „אפּיקורסישע" מיינונגען וועגען ראָבערט לואים סטיווענסאָן. ער האָט פּראָטעסטירט מיט אַ שאַרפֿען וואָרט. איך האָב אָפּגעענטפֿערט מיט נאָך אַ שאַרפֿערען, און מיר זיינען געוואָרען ברוגז. אין עטליכע טעג אַרום איז ער געקומען זיך ענטשולדיגען פֿאַר מיר, און מיר זיינען גוט-פֿריינד געוואָרען. ער האָט מודה געווען, אַז אין די עטליכע טעג האָט ער אַ סך געלעזען, זוכענדיג אַרגומענטען געגען מיר, און אַז וואָס מעהר ער האָט געזוכט, אַלץ מעהר באַווייזע האָט ער געפֿונען געגען זיין מיינונג. דיזער יונגער מאַן איז אָבער ביי אונז לאַנג ניט פֿאַרבליבען.
115מיר פֿלעגען פֿאַרברענגען צוזאַמען. מיר פֿלעגען זיך באַזוכען איינע די אַנדערע, באַקאַנט געוואָרען מיט די פֿאַמיליען.
אַ פּאָר פֿון דיזע יונגע לייט האָבען געשריבען סקיצען אויף צו שיקען צו די זשורנאַלען, פֿלעגען זיי מיך בעטען איבערלעזען די מאַנוסקריפֿטען און זאָגען מיין מיינונג.
די ליטעראַרישע גרופּע איז געווען אַ מין גייסטיגע אַריסטאָקראַטיע אין דער רעדאַקציע, אַ מלוכה אין אַ מלוכה.
ווען מיר פֿלעגען שטעהן אָדער זיצען ביי דעם לאַנגען טיש און קאָכען זיך וועגען ליטעראַטור, פֿלעגט אָפֿט דערביי אויך שטעהן איינער פֿון די ניט-ליטעראַרישע רעפּאָרטערס, שטעהן און צוהערען זיך מיט קנאה, ווי אַ פֿרומער בעל-מלאכה לעבען אַ גרופּע לומדים וואָס ריידען דברי תורה.
איינער פֿון מיינע נייע חברים איז געווען עדווין לעפֿעוור, אַ פֿינאַנץ רעפּאָרטער, מיט שוואַרצע אויגען און שוואַרצע האָר, אַ לעבעדיגער יונג, וואָס איז געבאָרען געוואָרען אין פּאַנאַמאַ פֿון אַ שפּאַנישער מוטער און אַן ענגלישען פֿאָטער. ער פֿלעגט אין אונזערע דעבאַטען קיין אָנטייל ניט נעמען, וואָרים זיין אַרבייט איז געווען אין וואָל סטריט, פֿון וואַנען ער פֿלעגט צושיקען באַריכטען וועגען דעם צושטאַנד פֿון דער בירזשע, און אין דער רעדאַקציע פֿלעגט ער קומען זעלטען. איין מאָל האָט ער מיר געבראַכט זיינעם אַ מאַנוסקריפֿט פֿון אַן ערצעהלונג. איך האָב איבערגעלעזען. איך בין געווען איבעראַשט. ער האָט געהאַט אַן אמת'ן טאַלאַנט. מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען נעהענטער און דורך אונזער געמיינשאַפֿטליכען אינטערעס אין ליטעראַטור זיינען מיר געוואָרען אינטימע פֿריינד.
אין אַלע אָפּטיילונגען פֿון דער רעדאַקציע צוזאַמענגענומען, האָבען געאַרבייט אַ מאַן פֿערציג. איך האָב געמיינט, אַז איך בין דער איינציגער איד צווישען זיי. איין מאָל איז מיין אויפֿמערקזאַמקייט צוגעצויגען געוואָרען צו אַן אונבאַקאַנטען מאַן, וואָס האָט זיך אַנידערגעזעצט ביי איינעם פֿון די דעסקס. ער116האָט מיך פֿאַראינטערעסירט, ווייל איך האָב איהם איצט דערזעהן צום ערשטען מאָל, און ער האָט זיך געהאַלטען ווי אַן איינגענער מענש. די הויפּט אורזאַכע פֿון מיין נייגעריגקייט איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט אויסגעזעהן ווי אַ איד. איך האָב געפֿרעגט ווער ער איז, און מען האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס איז דער „פּאָליטישער רעפּאָרטער" (אַזוי האָט מען גערופֿען דעם מיט-אַרבייטער, וואָס האָט באַזאָרגט די נייעם און די „פּאָליטיקס" פֿון דער שטאָדט-רעגירונג). זיין נאָמען איז געווען אַזאַ, וואָס מען באַגעגענט ביי קריסטען, אַזוי גוט ווי ביי אידען. איך האָב זיך געטראַכט: „מען דאַרף וואַרטען ביז ער וועט אַ שמייכעל טאָן". איך האָב איהם בעאָבאַכטעט ווי ער שרייבט. שפּעטער אַביסעל איז צו איהם צוגעגאַנגען אימעצער. דער פּאָליטישער רעפּאָרטער האָט אַ שמייכעל געטאָן, און דאַן איז יעדער צווייפֿעל ביי מיר פֿאַרשוואואונדען. דערנאָך האָב איך זיך דערוואוסט, אַז ער איז אַן אַמעריקאַנער-געבאָרענער דייטשער „יאַהודי". ער האָט אָבער געזוכט צו באַהאַלטען זיין אידישע אָפּשטאַמונג.
איין מאָל, אין אַן אינטימען אָפֿענהערצינען געשפּרעך, האָט איינער פֿון די ליטעראַרישע יונגע לייט מיר דערצעהלט, אַז ביי אַ געוויסער געלעגענהייט, ווען מיר צווויי און נאָך אַ פּאָר זיינען געזעסען און געשמועסט, האָב איך געברויכט אַן אויסדרוק: „מיר, רוסישע אידען", און אַז דאָס האָט אויף מיינע צוהערער געמאַכט אַ גוטען איינדרוק.
— געוועהנליך, ווען מען רעדט מיט אַ אידען, מוז מען אויסמיידען דעם וואָרט „איד", און איהר רעדט אַליין וועגען זיך אַלס איד — האָט ער מיר ערקלעהרט.
דער פּאָליטישער רעפּאָרטער איז געווען אַ פֿעהיגער צייטונגס-מענש. אָבער ליטעראַטור האָט איהם ניט אינטערעסירט, און צו אונזער גרופּע האָט ער ניט געהערט. אַ חוץ דעם: מיר פּערזענליך האָט ער אימער אויסגעוויכט. דאָס האָט מיך דערינערט אָן דעם קאַסאָקען שילער, אין איינסטיטוט, וועלכען איך פֿלעג אויסמיידען, ווייל איך בין אויך געווען קאַסאָקע (זעה ערשטען באַנד, פּיידזש 371).
117ביי אַ יאָהר צייט האָט אין „קאָממוירשעל אַדווערטייזער", אױפֿ'ן „קאָפּי דעסק", דאָס הייסט, אַלס אײנער פֿון די, האָבען געלעזען און קאָרעגירט מאַנוסקריפֿטען, געאַרבייט אַ יונגערמאַן מיט'ן נאָמען פֿיטטס דאָפֿפֿיעלד. ער איז געווען אַ זעלטענער שעהנער, אַ שטילער, און מיט מאַניערען, וועלכע האָבען עדות געזאָגט, אַז ער האָט זיך אױסגעהאָדעוועט אין אַן אײדעלער פֿאַמיליע. זיין משפּחה האָט געהערט צו דאָס אױבערשטע פֿון שטויסעל אין דעם שטאַאט אָהייאָ. אײן מאָל, ווען עס איז געקומען צוריײד וועגען אידען, האָט ער באַמערקט, אַז זיינער אַן עלטערזיידע איז געווען אַ איד. ער איז מיר פֿריהער אױך געווען סימפּאַטיש, אָבער פֿון יענמאָלט אָן האָט ער ביי מיר באַקומען ספּעציעלען חן.
סטעפֿפֿענס און איך פֿלעגען אָפֿט עסען לאַנטש צוזאַמען. אין יום-טובֿים, ווען מען איז מיט'ן פֿיפֿער פֿאַרטיג געוואָרען פֿריהער ווי געוועהנליך, פֿלעגט די גאַנצע ליטעראַרישע גרופּע גאהן עסען לאַנטש צוזאַמען.
זעהר אָפֿט פֿלעגען מיר ביידע, סטעפֿפֿענס און איך, גאהן שפּאַצירען צוזאַמען. איך פֿלעג איהם באַזוכען צו-הויז. פֿון צייט צו צייט פֿלעג איך צו זיי ברענגען מיין פֿרוי אױף דינער, און מיר פֿלעגען דאָרטען פֿאַרברענגען דעם אָוונד.
מיסעס סטעפֿפֿענס איז אױך געווען אַ געשטודירטע. זי האָט געענדיגט קאָלעדזש אין די פֿאַראײניגטע שטאַאטען און איז אױך געווען אין אַן אוניווערזיטעט אין דייטשלאַנד (דאָרטען זיינען זיי דאָס באַקאַנט געוואָרען). ביי זיי האָט געוואױנט איהר מוטער, מיסעס באַנטעקיו, אַן אינטעליגענטע, באַלעזענע דאַמע פֿון דעם אַלטען שניט. סטעפֿפֿענס האָט זיך צו איהר פֿאַרהאַלטען ווי צו אַן אײגענער מוטער, און אָפֿט געשפּאַסט מיט איהר ווי אַ זוהן שפּאַסט מיט אַ מאַמען. צו זיי פֿלעגען קומען אַנדערע ליטעראַטען און זשורנאַליסטען פֿון דעם געבילדעטען קלאַס.
אַן אינטערעסאַנטער אַ לוסטיגער יונג איז אַ סטעפֿפֿענס געווען,118אַ וויציגער און דאַך מיט אַן ערנסטען אינטערעס אין ערנסטע ליטעראַרישע ענינים. קיין סך מיט אַ מאָל האָט ער ניט גערעדט. שפּעטער — ווי מיר וועלען זעהן — איז ער, אַלס זשורנאַליסט, באַקאַנט געוואָרען איבער'ן גאַנצען לאַנד, און דאַן האָט ער אױך באַקומען אַ נאָמען אַלס לעקטשורער. אין דער צייט אָבער, ביי וועלכער מיר האַלטען איצט, האָט ער מיט דער פּלאַטפֿאָרמע ניט געהאַט קיין שייכות, און אין פֿריוואַט געשפּרעכען פֿלעגט ער מעהר זיך צוהערען ווי ריידען — אַרױסזאָגען עטליכע ווערטער, אָפֿט אַ וויץ אָדער אַזױ אַן אינטערעסאַנטען ווערטעל, פֿראַהליך שמייכלען מיט זיינע קיילעכדיגע גרױ-בלױע אױגען, און וויעטער רױכערען זיין ליולקעלע. בשעת ער האָט עפּעס געזאָגט, פֿלעגט זיין בלאַנדער פּנים אַ שיין טאָן מיט אַן אַנגענעהמען שמייכעל, אַזױ ווי פֿון דעם וויץ באַלױכטען.
ער איז געווען קלוג, באַגאַבט, אינטערעסאַנט. ער האָט ליב געהאַט אַ שטאָך צו טאָן, און אין זיינע ווערטלעך האָט זיך אַ מאָל געפֿיהלט אַ גיפֿטם. ער איז אָבער געווען אַ גוטער מענש. און אַ פֿריינד איז ער געווען אַ טרייער און אַ וואַרימער.
ער האָט געשריבען מיט קורצע, קרעפֿטיגע, הומאָריסטישע זאַצען, אַזױ ווי ער האָט גערעדט. דאָ און דאָרטען האָט געפֿעהלט קלאָרקייט. דאָס איז אָבער געווען די ניט-קלאָהרהקייט פֿון אַ טאַלאַנטפֿולען מענשען. זיין אױסשפּראַך איז געווען אַזױ ווי זיין שרייבען: קורצע, אָפּגעהאַקטע פֿראַזען, צו שנעל אַרױסגערעדט און אָפֿט ניט דייטליך גענוג. און עהנליכעם איז געווען מיט זיין האַנדשריפֿט: קורצינקע שטריכעלעך, שווער צו לעזען.
ער איז געווען פֿון קאַליפֿאָרניא, האַלב פֿון דייטשער אָפּשטאַמונג, האַלב פֿון אײרישער. דער נאָמען סטעפֿפֿענס איז אַ דייטשער.
אין די יאָהרען, וועגען וועלכע איך דערצעהל דאָ, פֿלעגט ער פֿיל אױפֿמערקזאַמקייט שענקען זיינע קליידער. ער פֿלעגט זיך פּוצען, און דאָס איז ביי איהם געווען אַ מין פּרינציפּ-זאַך. ער פֿלעגט אָפֿט זאָגען: „מען דאַרף זיין גוט געקליידט. דאָס איז זעהר וויכטיג."
אין אונזערע שמועסען פֿלעג איך פֿון צייט צו צייט פּרואוואָען119ריידען וועגען סאָציאַליזם, אָדער וועגען דער סאָציאַלער פֿראַגע אין אַלגעמיין. אָבער דערצו האָט ער קיין געדולד ניט געהאַט: — אָה, לאָמיר בעסער ריידען וועגען ליטעראַטור — פֿלעגט ער מיך אָפּשטעלען.
די פֿראַזע איז ביי מיר ספּעציעל פֿאַרבליבען אין זכרון, ווייל מיט אַ דריי יאָהר שפּעטער האָב איך זיך דערמאָנט אָן איהר אונטער אינטערעסאַנטע נייע אומשטענדען.
אַ אינגערער ברודער פֿון נאָרמאַן האַפּגוד, דעם דראַמאַטישען רעדאַקטאָר, האָט אױך געאַרבייט אַלס רעפּאָרטער ביי סטעפֿפֿענס'ן. זיין ערשטער נאָמען איז געווען האָטשינס. מיר פֿלעגען איהם אָבער רופֿען פֿאַרקירצט: „האָטש". איך בין מיט איהם נאָהענט באַפֿריינדעט געוואָרען. פֿון אַלע אַמעריקאַנער, מיט וועלכע איך בין און ווען עס איז באַקאַנט געווען, שטעהט ער אין מיין געדאַנק אַם-נעהענטסטען צו דעם טיפּ פֿון אַן אינטעליגענטען רוס. ניט מיט דער אױסערליכער זייט פֿון זיין כאַ ראַקטער. מיט דעם איז ער געווען אַן עכטער אַנגלאָ-סאַקס, אַן עכטער יענקי. איך מיין דעם אינערליכען געשטאַלט פֿון זיין פּערזענליכקייט.
ער איז געווען פֿרעמד פֿון ביטערקייט און אױסגערעכענט קייט און פֿון עהרגייץ — אַן אױפֿריכטיגער, אַ טעמפּעראַמענט פֿולער און אַ שטיקעל כעס'ן. אמת געבילדעט און מיט אַן אמת'ער ליבע צו גוטע ביכער, האָט ער געשריבען מיט אַן אָריגינעלען סטיל, וועלכער איז ניט ניט אימער געווען לייכט, אָבער אימער אינ טערעסאַנט און אױפֿריכטיג.
ער איז געווען ניט הױך געוואַקסען, אַ געזונטער, מיט ברייטע שולטערען, מיט אַ פֿול-ברוסטיגע באַסאָווע שטימע, וועל כע האָט זיך געפּאַסט צו זיין פֿיגור, און צו וועלכער זיין גוטער, לעבענס-לוסטיגער געלעכטער האָט געקלונגען כמעט ווי אַ ווידער שפּרוך.
ער האָט פֿיינט געהאַט צערעמאָניעס, אַזױ ווי אַ רוסישער120ניהיליסט פֿון די 70-סטע יאָהרען, אָדער ווי אַן אױפֿריכטיגער קינסטלער פֿון דעם מאָנמאַרטער קוואַרטאַל אין פּאַריז. אין שפּעטערע יאָהרען, ווען ניו יאָרק האָט ענטוויקעלט אַן אײגענעם מאָנמאַרטער-קוואַרטאַל, אין גרינעטש ווילעדזש, איז האָטש געוואָרען אײנער פֿון די צענטער פֿיגורען אין דער ראַדיקאַלסטער גרופּע פֿון דעם געגענד. אין די עטליכע יאָהר אָבער, וואָס איך האָב מיט איהם פֿאַרבראַכט אין „קאָממוירשעל אַדווערטייזער", האָבען ראַדיקאַלע געדאַנקען איהם אינטערעסירט אַזױ ווייניג ווי סטעפֿפֿענס'ן. זיין כאַראַקטער אָבער איז אימער געווען אַ ניהיליסטישער.
סטעפֿפֿענס האָט איהם געגעבען אַ סיט ביי דעם לאַנגען טיש, אַנטקעגען מיר. פֿלעגען מיר אָפֿט, אין אַ פֿרייע צייט, שמועסען, און אָפֿט אױך פֿאַרברענגען אַן אָוונד צוזאַמען, אַ מאָל מיט האָווי'ן אינאײנעם.
צו אונזער ליטעראַרישער גרופּע האָט אױך געהערט אַ מיט אַרבייטער מיט'ן נאָמען עדוואַרדס. מיר פֿלעגען אױך גאהן אין אַמעריקאַנישע טעאַטערע צוזאַמען און עטליכע מאָל האָבען מיר פֿאַרבראַכט אין דעם האַרוואָרד קלוב, פֿון וועלכען האָטש, זיין ברודער און האָווי זיינען געווען מיטגלידער.
אין אידישען קוואַרטאַל האָב איך האָטש'ן פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אײניגע פֿון מיינע אידישע פֿריינד און באַקאַנטע. דער גייסטיגער לעבען און די טיפֿען פֿון דעם אידישען געגענד האָבען איהם פֿאַראינטערעסירט. אַ ריין מענשליכער און קינסטלערישער אינטערעס איז דאָס געווען, און מיר איז דאָס אין איהם געווען זעהר סימפּאַטיש. האָב איך איהם גענומען אַרומפֿיהרען, ווייזען, ערקלעהרען, פֿאָרשטעלען פֿאַר אונזערע אינטערעסאַנטע מענשען, און געדינט אַלס דאָלמעטשער צווישען איהם און זיי.
ער האָט גענומען שרייבען בילדער און אינטערוויוס פֿון אונזער קוואַרטאַל פֿאַר דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער". איך האָב אױך פֿון צייט צו צייט געשריבען אױף אַזעלכע טהעמעס, אָבער אָפֿט פֿלעג איך דאָס איבערלאָזען פֿאַר איהם. עס איז121מיר אינטערעסאַנט געווען צו זעהן ווי וואָרים און שעהן ער שרייבט אַזעלכע אַרטיקלען.
אײנער פֿון די באַקאַנטע אידישע פּערזענליכקייטען, צו וועלכע איך האָב איהם אַריינגעפֿיהרט, איז געווען אליקום צונזער, דער באַריהמטער בדחן און פֿאָלקס-פּאָעט (זעה ערשטען באַנד, זייטען 360-363 און צווייטען באַנד, זייטען 406-407). צונזער איז שױן עטליכע יאָהר געווען אין אַמעריקא, און דאַן האָט ער געהאַלטען אַ דרוק אױף איסט-בראָאַדוויי לעבען ראָטגערס סטריט. דאָרטען האָבען מיר איהם באַזוכט. איך האָב דעם פּאָעט דערמאָנט וועגען דער חתונה, וואו איך האָב איהם געהערט אין ווילנא, אין 1878. ער האָט גענומען זינגען די לידער, וועלכע איך האָב פֿון איהם דאַן געהערט. איך האָב מיט איהם מיטגעזונגען, און ביי דער העלער עראינערונג אָן די אַלטע צייטען, אין דער אַלטער היים, האָט אין מיינע אױגען מסתמא געבליסטשעט אַ סענטימענטאַלע טרער, וואָרים אַזױ איז דאָס פֿאַרצייכענט געוואָרען אין האָטש'עס נאָטיצען.
שפּעטער האָט ער אַלע זיינע אַרטיקלען וועגען דעם אידישען קוואַרטאַל צונױפֿגעקליבען, און אַרױסגעגעבען אין אַ בוך אונטער דעם נאָמען „די נשמה פֿון דעם גהעטטאָ".
אַ געוויסע צייט נאָך מיין אָנקומען אין „קאָממוירשעל אַדווער טייזער" האָט זיך אין דער רעדאַקציע באַוויזען אַ שלאַנקע פֿריילין מיט רױטליכע האָר און אַ אינטערעסאַנטען פּנים, אַ אינטעליגענ טע און אַ פֿעהיגע. ניטה באָאים האָט זי געהייסען. צוערשט האָט זי געאַרבייט אַלס רעפּאָרטערין; דערנאָך אַלס קאָפּי-רידער (מאַ נוסקריפֿט לעזערין). זי האָט ווייניג גערעדט, און קיין דירעקטען אַנטייל אין אונזערע דיסקוסיעס האָט זי ניט גענומען. מיט איהרע געצעהלטע ווערטער אין געשפּרעכען מיט דעם אָדער מיט יענעם פֿון דער גייסטיגער אַריסטאָקראַטיע, פֿלעגט זי אָבער אַרױסזאָגען אַ מײנונג וועגען ליטעראַרישע פֿראַגען און מען האָט איהר באַ טראַכט אַלס אַ מיטגליד פֿון דער גרופּע.
צווישען איהר און האָטש'ען האָט זיך ענטוויקעלט אַ ראָמאַן, און זיי האָבען חתונה געהאַט. דאַן האָב איך און מיין פֿרוי זיי122אײניגע מאָל באַזוכט, און אַ פֿאָר מאָל זיינען מיר געגאַנגען אין טעאַטער צוזאַמען.
האָטש'עס עלטערען זיינען געווען רייך, און זיי האָבען מייס טענס אַרומגערייזט. די זומער מאָנאַטען פֿלעגען זיי פֿאַרברײנגען אין עגיפּטען. אײן מאָל, ווען זיי זיינען דורכגעפֿאָהרען דורך ניו יאָרק, האָבען מיר פֿאַרבראַכט מיט זיי אַן אָוונד אין זייער האָ טעל.
האָטש'עס עלטערער ברודער, נאָרמאַן, וועלכער האָט געשרי בען די טעאַטער קריטיקען פֿאַר'ן „קאָממוירשעל אַדווערטייזער", איז געווען העכער און שלאַנקער ווי האָטש. אױך מיט'ן כאַראַק טער איז ער געווען אַנדערש — געלאַסענער און וועניגער ניהי ליסט. איך האָב אױבען געזאָגט, אַז זיינע אַרטיקלען האָבען גע צױגען אױפֿמערקזאַמקייט. ער האָט באַקומען אָנהענגער צווישען די געבילדעטע קלאַסען אי מיט דעם אינהאַלט פֿון זיינע קריטי קען, אי מיט זיין סטיל, אױף וועלכען מען פֿלעגט זאָגען, אַז ער האָט „אַריסטאָקראַטישע רוהיגקייט און אַן אַריסטאָקראַטישען חן".
וואָס אַנבאַטרעפֿט זיינע מײנונגען, בין איך מיט זיי אָפֿט געווען ניט אײנפֿערשטאַנען. אָבער אַז ער האָט פֿיינע פֿעהיגקייטען, און אַז זיין מוח איז פֿרוכטבאַר מיט אינטערעסאַנטע געדאַנקען — דאָס האָט יעדערער געמוזט אַנערקענען.
אײן מאָל האָט ער מיר געבעטען זעהן אַ פֿאָרשטעלונג, אַנ שטאָדט איהם. די פֿאָרשטעלונג איז געווען אײנע פֿון די וויכ טיגסטע יענעם סיזאָן. מען האָט געשפּילט שעקספּיער'ס „מאַק בעטה", און די הױפּט-ראָלע האָט געהאַט די פּױלישע אַקטריסע מאָדזשעסקאַ, וועלכע איז דאַן געווען וועלט-באַריהמט. ענגליש האָט זי גערעדט מיט אַן אָפּקלאַנג פֿון איהר פּױלישען אַקצענט, און דאַך האָט זי זיך גערעכענט פֿאַר דער בעסטער שעקספּיער אַר טיסטין אין דער ענגלישער שפּראַך. איך האָב איהר יענעם אָוונד געזעהן צום ערשטען מאָל, און איך בין געווען שטאַרק ענטוישט.
אױף מאָרגען אין דער פֿריה האָב איך אױפֿגעשריבען אַ קרי
123טיק לױט מיינע איבערצייגונגען. ווען נאָרמאַן האַפּגוד האָט אי בערגעלעזען מיין מאַנוסקריפֿט, איז איהם געוואָרען פֿינסטער אין די אױגען. אַרונטעררייסען מאַדאַם מאָדזשעסקאַ! דאָס וואָלט פּשוט געווען אַ חלול השם. עס וואָלט געשאַפֿען אַן אונאַנגענעהמע סענסאַציע. און ער האָט אַליין טאַקע שטאַרק געהאַלטען פֿון איהר. ער האָט איהר אין „מאַקבעטה" שױן אַ מאָל געזעהן, און אין דיזער פּיעסע איז זי איהם אױך זעהר געפֿעלען געווען. ער איז אָבער געווען אַ מילדער, אײדעלער מענש, און ער האָט מיר ניט געוואָלט באַלײדיגען; האָט ער נאָר געזאָגט, אַז דאָ און דאָר טען וועט מען מיין קריטיק מוזען „אַביסעלע ווייכער מאַכען". אַזױ ווי קיין נאָמען האָט מען אױף די קריטיקען ניט אונטערגעשרי בען, האָט דאָס מיר ניט געאַרט.
ווען עס איז אַרױס די צייטונג, האָב איך געפֿונען, אַז מיין אונגינסטיגע קריטיק איז פֿאַרוואַנדעלט געוואָרען אין וואַרימע לױב געזאַנג. מעהר האָט ער מיר קריטיקען שרייבען ניט געבעטען.
אַ געוויסע צייט שפּעטער איז נאָרמאַן געוואָרען דער הױפּט רעדאַקטאָר פֿון „קאָלליער'ס וויקלי", וועלכער איז דאַן געווען דער פֿאַרשפּרייטסטער און רייכסטער וואָכען-זשורנאַל אין אַמע ריקא. ער אַליין האָט פֿאַר דעם זשורנאַל געשריבען די לײט-אַר טיקלען, און זיי האָבען גלייך באַקומען אַ שם.
האָווי איז געווען אַ גאַנץ אַנדער טיפּ ווי האָטש. אױך אַ פֿעהיגער, אױך מיט אַ טיפֿע ליבע צו ביכער, אָבער ניט אַזױ פֿאַרטרױמט ווי ער. די יענקיס האָבען אַ נאָמען אַלס מענשען מיט פּראַקטישען שכל און חוש. אין דיזער באַציהונג האָט ער געהאַט אַן עכט יענקישען מוח.
ער איז געווען אַ גוטער דענקער, און דרינגענדיג פֿון זיינע רייד וועגען ליטעראַטור, פֿלעג איך זיך פֿאָרשטעלען, אַז אין אַזאַ124לאַנד ווי רוסלאַנד, וואָלט פֿון איהם אַרױסגעקומען אַ גוטער קריטיקער.
אַ היבשע צייט האָבען מיר געאַרבייט צוזאַמען אין די קרי מינאַל געריכטען (ער אױף די אַלגעמיינע נייעם, און איך אױף די גרױסע פּראָצעסען), און אָפֿט פֿלעגען מיר פֿילע שטונדען פֿאַר ברענגען אין שמועסען — מייסטענס וועגען ליטעראַטור.
איך בין געווען אַן אָפֿטער גאַסט ביי איהם אין שטוב. זיין פֿרוי, די טאָכטער פֿון דער שטאָלצער גאַסטפֿריינדליכער סאָוטה, איז געווען אַ גאַסטפֿריינדליכע באַלעבאָסטע.
מיין פֿריינדשאַפֿט מיט לעפֿעוור'ען האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ יאָהר אָדער צוויי שפּעטער ווי מיט סטעפֿפֿענס'ען, האָטש'ען און האָווי'ן. מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט איהם איז ענטוויקעלט געוואָ רען זעלבסטשטענדיג, דורך די מאַנוסקריפֿטען, וואָס ער האָט מיר געוויזען. זיינע סקיצצען זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט אַן ענין, אױף וועלכען די זשורנאַלען זיינען אימער בעלנים: וואָלל סטריט, די בערזע, און, ווי שױן געזאָגט, האָט ער ווירקליך געהאַט טאַ לאַנט. האָבען די זשורנאַלען זיי ביי איהם גענומען.
ער איז געווען עהנליך צו זיין שפּאַנישער מוטער מיט'ן פּנים, און אין געוויסע באַציהונגען, אױך מיט'ן כאַראַקטער. אַ ריידעוו דיגער, אַ לעבעדיגער, אַ לוסטיגער, איז ער מיט זיין נאַטור גע ווען נעהענטער צו אַ פֿראַנצויז, אַ איטאַליענער אָדער אַ איד, ווי צו אַן אַמעריקאַנער, אָדער אַן ענגלענדער. מיט איהם איז לייכטער געווען באַקענט צו ווערען ווי מיט די אַנדערע. און מיט אונזער געמיינשאַפֿטליכען אינטערעסס אין בעלעטריסטיק איז אונזער באַקאַנטשאַפֿט שנעל ענטוויקעלט געוואָרען אין אַ נאָהענ טע פֿריינדשאַפֿט.
זיין ערשטער בוך „די וואומען ענד די באַנדס", איז אײנער פֿון די טאַלאַנטפֿולסטע בענדער פֿון קורצע ערצעהלונגען, וואָס זיינען אין יענע יאָהרען ערשינען אױף ענגליש.
אין רוסלאַנד, דייטשלאַנד אָדער פֿראַנקרייך, וואָלט פֿון איהם אַרױסגעקומען אַ וויכטיגער בעלעטריסט. דאָ האָט ער אױך גע צױגען אױפֿמערקזאַמקייט. זיין טאַלאַנט אָבער אַלס קינסטלער125איז באַלד צוזאַמענגעמישט געוואָרען מיט זיין טהעטיגקייט אַלס בערזע זשורנאַליסט און מיט זיין הומאָר. ער האָט באַקומען אַ נאָמען אַלס שרייבער פֿון לייכטע הומאָריסטישע ערצעהלונגען פֿון דעם ספּעקולאַנטען לעבען אױף וואָלל סטריט. צו שרייבען ערנסטע קינסטלערישע זאַכען, האָט קיין מאָל ניט אױפֿגעהערט צו זיין זיין אידעאַל. ער פֿלעגט דאָס, אָבער, אַלץ אָפּלייגען.
פֿאַר די ביליגערע זאַכען האָט מען איהם גענומען צאָהלען הױכע פּרייזען. אָבער דאָס איז ניט געווען די הױפּט אורזאַך, וועלכע האָט איהם צוריקגעהאַלטען פֿון שרייבען בעסערע ערצעה לונגען. וואָרים געלד האָט ער געמאַכט גענוג אָהן דעם אױך — אַפֿילו ווען ער האָט נאָך געאַרבייט אין „קאָממוירשעל אַדווערטיי זער". זייענדיג אױף וואָלל סטריט, האָט ער אַליין גענומען שפּי לען אױף דער בערזע, און אַ דאַנק זיינע פֿעהיגקייטען און פֿער זענליכע באַקאַנטשאַפֿט מיט די גרױסע ספּעקולאַנטען, האָט ער דערביי געהאַט ערפֿאָלג. ער וואָלט מוחל געווען די גרױסע סו מען, וואָס מען האָט איהם געצאָלט פֿאַר זיינע לייכטע וואָלל סטרי טער מעשיות, און זיך אָפּגעגעבען צו קינסטלערישע ווערק. אָבער דיזע מעשיות זיינען געווען פּאָפּולער, און ער האָט ניט געקענט ביישטעהן דעם מאַגנעטיזם פֿון אַ וואַקסענדען נאָמען. דיזע לייכט הומאָריסטישע וואָלל סטריט מעשיות, און ניט זיינע אמת גוטע ערצעהלונגען, זיינען געווען דער קוואַל פֿון זיין פּאָפּולאַריטעט.
אײן מאָל האָט ער מיר פֿאַרטרױט אַ סוד, אַז ער געהט חתונה האָבען מיט זיין סעקרעטערין. די חתונה איז באַלד פֿאָרגעקומען און איך מיט מיין פֿרוי פֿלעגען זיי באַזוכען.
צווישען מיינע גוטע באַקאַנטע אין יענער צייט איז געווען אַ יונגער שריפֿטשטעלער מיט'ן נאָמען נאָרמאַן דאָנקאַן. ער איז געווען פֿון קענעדע — אַ דאַרער, מיט שוואַרצע האָר, מיט אַ אינ טעליגענטען פּנים, וועלכער האָט מיר עראינערט אָן אַ שעמעדיגען ישיבה-בחור וואָס פֿלעגט עסען אַ „טאָג" ביי מיין מומע פֿייגע.
ווען איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען, האָט ער געאַר בייט אַלס רעפּאָרטער אין דער „איוונינג פּאָסט". איך האָב זיך126מיט איהם געטראָפֿען אין יענער רעדאַקציע, — דאַן, ווען סטעפֿ פֿענס איז דאָרטען געווען אַסיסטענט סיטי-עדיטאָר.
אײן מאָל — דאָס איז געווען עטליכע מאָנאַט שפּעטער — האָט סטעפֿפֿענס מיר געגעבען אַן אַססאַינמענט צו באַשרייבען דעם סירישען קוואַרטאַל, אױף וואַשינגטאָן סטריט, ניט ווייט פֿון דער בעטערי. סטעפֿפֿענס האָט דעם קוואַרטאַל אַ מאָל באַשריבען פֿאַר דער „איוונינג פּאָסט", און ער איז דאָרטען באַקאַנט געוואָרען מיט אַ פּאָר אינטערעסאַנטע סיריער, האָט ער מיר געגעבען זייערע אַד רעססען. איך האָב אין דעם געגענד פֿאַרבראַכט עטליכע שטונדען, און דאַן איז דאָרטען גראַדע אױך געווען דאָנקאַן.
איך האָב וועגען די אײנוואױנער פֿון דעם דאָזיגען קוואַרטאַל* אױפֿגעשריבען אַן אַרטיקעל, און האָב געהאַט אין זינען צו שריי בען נאָך אײנעם. קיין ספּעציעלע ליטעראַרישע פּלענער האָט זייער קוואַרטאַל אין מיר ניט אַרױסגערופֿען. דאָנקאַן, אָבער, האָט זיך גענומען שרייבען אַן ערצעהלונג אָן זייער לעבען אין ניו-יאָרק.
ער האָט אױפֿגעשריבען אַ מעשה'לע וועגען אַ פֿאַרטרױמטען אַראַבישען פֿידעל-שפּילער, און אײנער פֿון די בעסערע זשורנאַלען האָט דאָס אָפּגעדרוקט.
קיין באַדייטונג אַלס אַ לעבענס-בילד, אַלס אַ פּאָרטרעט פֿון אַ מענשען, האָט דאָס ניט געהאַט. עס איז געווען אַ פֿאַנטאַזיע. אַנשטאָדט אַן אַראַבער, האָט דער זעלבער מוזיקאַנט געקענט זיין אַ טאַטער אָדער אַ אינדיאַנער. אָבער די שפּראַך האָט געפֿינ קעלט מיט געהיימניספֿולע פֿאַרבען. די מעשה'לע האָט געהאַט אַ סך צױבער אין זיך.
אין דעם אָפֿיס פֿון דער „איוונינג פּאָסט" איז מען געווען איבעראַשט. מיט זיין אַרבייט פֿאַר דער צייטונג, האָט ער ניט געצױגען קיין שום אױפֿמערקזאַמקייט. עס האָט זיך פֿאָרסט ניט127נעגלױבט, אַז די ערצעהלונג האָט אױפֿגעשריבען דאָנקאַן. ער איז געווען אַ פּאָעט און קיינער האָט דאָס פֿריהער ניט באַמערקט. דערנאָך האָט ער געשריבען אַנדערע ערצעהלונגען.
ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין מיין בעלעטריסטישער אַר בייט און מיר האָבען עטליכע מאָל געגעסען לאַנטש צוזאַמען.
קיין גרױסער ריידער איז ער ניט געווען. ער האָט ליב גע האַט צו טראַכטען מעהר ווי צו ריידען, און צו טרױמען מעהר ווי צו טראַכטען. און דאָס האָט זיך געמערקט אין זיינע ערצעהלונגען, וועלכע האָבען אין זיך געהאַט אַ פּאָעטיש פֿאַר'חלום'טען כאַראַק טער. זיינע פּערזאָנען זיינען געווען אײנגעהילט אין אַ גאָלד-זיל בערנעם טומאַן, דורך וועלכען עס האָט זיך ניט געזעהן קיין פֿלייש און קיין בלוט.
זיין נאָמען איז געוואָקסען. זיין קאַריערע איז אָבער אי בערגעהאַקט געוואָרען פֿון אַ פֿריהצייטיגען טױט.
עטליכע מיטגלידער פֿון אונזער דאַמאָסלטדיגער „קאָממויר שעל אַדווערטייזער" גרופּע, זיינען דערנאָך געוואָרען באַקאַנט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. האָווי איז גע וואָרען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ וויכטיגען זשורנאַל: די האָפּגודס זיינען באַקאַנט געוואָרען אַלס פּובליציסטען און פֿעליעטאָניסטען. סטעפֿפֿענס איז באַריהמט געוואָרען מיט אַ געוויסען סאָרט שריפֿ טען, וועגען וועלכע עס וועט דערצעהלט ווערען אין אַ ווייטערען אַרטיקעל; לעפֿעוור האָט זיך געמאַכט אַ נאָמען מיט זיינע ער צעהלונגען. צו דיזע דאַרף מען צוריעכענען אַ יונגען מיטאַרביי טער ראַי ראָלף גילסאָן, וועלכער האָט געצױגען אױפֿמערקזאַמקייט מיט ערצעהלונגען אין די בעסערע זשורנאַלען.
דער ריעל-עסטייט רעדאַקטאָר איז געווען אַן אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען פֿערריש, אַ הױכער, שעהנער, מיטעל-יאָהריגער מאַן מיט אַ שוואַרצע באָרד. נאָהענט פֿון אַ יאָהר איז אָוועק, אײדער128איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען. און באַקאַנט זיינען מיר געוואָרען אױפֿ'ן פֿאָלגענדען שטייגער:
אײן מאָל איז ער צוגעקומען צו מיר און האָט זיך פֿאַרגע שטעלט. ער האָט דערביי געמאַכט אַן ערקלעהרונג, וועלכע איז פֿאַר מיר געווען אַ סורפּריז.
— איך האָב געהערט, אַז איהר זייט אַ סאָציאַליסט — האָט ער געזאָגט. — איך אינטערעסיר זיך אױך מיט'ן סאָציאַליזם, וויל איך האָבען דעם פֿאַרגעניגען אייך צו האָבען צו דינער נעקסטען זונטאָג.
ער האָט געזאָגט, אַז ער וועט אױך אײנלאַדען עטליכע פֿון זיינע פֿריינד, מענשען פֿון דעם ריעל-עסטייט ביזנעס, וועלכע אינ טערעסירען זיך אױך מיט דער סאָציאַליסטישער אידעע.
פֿריהער פֿלעג איך איהם זעהן נאָר פֿון ווייטען. איך פֿלעג זיך קלערען, אַז ער איז עהנליך צו שעוויטש'ען (זעה צווייטען באַנד, זייטען 88-89, און 102-103). ביי שעוויטש'ען אױף דער געזיכט איז געווען אױסגעגאָסען דער פֿריץ און דער געבילדעטער מאַן, וואָרענד פֿעריש האָט געהאַט דעם אױסזעהן פֿון אַ אינטע ליגענטען געשעפֿטסמאַן. זיין אינטערעס אין אונזער באַוועגונג איז פֿאַר מיר געווען אַן אנגענעהמע איבעראַשונג.
נעקסטען זונטאָג, אַרום אײנס אוהר, בין איך געווען ביי איהם אין הױז (אין ברוקלין). אַ חוץ איהם און זיין פֿאַמיליע, האָב איך געפֿונען עטליכע געסט. נאָך דינער האָבען מיר געהאַט אַ היימישע דיסקוסיע. פֿעריש און זיינע פֿריינד האָבען געהאַט איבערגעלעזען אַ פֿאָר סאָציאַליסטישע ווערק. זיי האָבען געהאַט קשיות. איך האָב אױף זיי געענטפֿערט. מען האָט דעבאַטירט ניט נאָר וועגען סאָציאַליזם, נאָר אױך וועגען הענרי דזשאָרדזש'עס „סינגעל טעקס טהעאָרי", פֿון וועלכען אײנער פֿון די געסט איז געווען אַן אנהיינגער.
פֿון יעמאָלט אָן פֿלעגט פֿעריש אין דער רעדאַקציע אָפֿט צו געהן צו מיר און מיר פֿלעגען שמועסען. איך האָב איהם גע בראַכט נאָך עטליכע ביכער און בראָשורען איבער סאָציאַליזם.
ער איז געווען דער אײנציגער מענש אין אַ „שאַפּ", מיט וועמען איך פֿלעג ריידען וועגען דיזען ענין.
129צווישען מיינע העלסטע „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" עראי נערונגען, געפֿינט זיך אַ סצענע, וועלכע איז פֿאַרבונדען מיט דעם דרייפֿוס פּראָצעם. זי איז פֿאָרגעקומען אין דעם לאַנגען רעדאַק ציאָנס-צימער, שבת, דעם 9-טען סעפּטעמבער, 1899.
צום ערשטען מאָל האָב איך וועגען קאַפּיטאַן דרייפֿוס גע הערט אין 1895. עס איז געווען אַ זונטאָג. מיר האָבען דאַן גע וואױנט אױף 5-טער סטריט, לעבען קופּער אינסטיטוט. מיין פֿרוי איז געווען און געלעזען די זונטאָגס-אױסגאַבע פֿון דער ניו-יאָרקער צייטונג „פּרעסס", און איך בין געזעסען ביי מיין אַלטען דעסק און געלעזען אַ בוך. אין דער „פּרעסס" איז געווען דער ציילט, ווי מען האָט דרייפֿוס'ען ערקלעהרט פֿאַר אַ פֿאַררעטער און מיט אַ מיליטערישע צערעמאָניע ביי איהם אַראָפּגעריסען זיי נע עפּאָלעטען פֿון די שולטערען. מאַרשירענדיג דעם געצוואונגע נעם מאַרש, אונטער דעם געווויש פֿון די פּױקען, האָט ער הױך געהאַלטען זיין קאָפּ און געשריען: „איהר פֿאַראורטיילט אַן און שולדיגען מענשען!"
מיין פֿרוי האָט געצױגען מיין אױפֿמערקזאַמקייט צו דיזען אַרטיקעל.
— איך פֿיהל, אַז ער איז אונשולדיג, — האָט זי געזאָגט, און איך האָב געענטפֿערט, אַז אַזױ ווי קיין אײנצעלהייטען זיינען ניטאָ, קען מען נאָך ניט וויסען.
אַמעריקאַנער צייטונגען האָבען דאַן געדרוקט אַ סך ווייניגער אײראָפּעאישע נייעם, ווי היינט. די אײנצעלהייטען פֿון דער דריי פֿוס געשיכטע זיינען צו אונז אָנגעקומען לאַנגזאַם. ביסלעכווייז אָבער זיינען מיר מיט דער געשיכטע באַקאַנט געוואָרען. דאָרטען, אין פֿראַנקרייך, איז געמאַכט געוואָרען אַן ערקלערונג נאָך דער אַנדערער. עס איז ענטפּלעקט געוואָרען די גרױסע אינטריגע; עס האָט זיך פֿאַרנאַנדערגעוויקעלט דער ביטערער קאַמף צווישען די פֿעלשער און אינטריגאַנטען פֿון אײן זייט, און די פֿאַראײניג טע קרעפֿטען פֿון אמת און גערעכטינקייט, פֿון דער אַנדערער זייט.
130עס איז שױן געווען קלאָר ווי דער טאָג, אַז דרייפֿוס איז אַבסאָ לוט אונשולדיג; אַז דער שולדיגער איז גאָר אַן אָפֿיצער מיט'ן נאָמען עסטערהאַזי.
דאַן, ווען די קײס האָט שױן אױפֿגערודערט די וועלט, זיינען די אַמעריקאַנער צייטונגען אױך געווען פֿול מיט איהר. עס איז געווען אַ וועלט-סענסאַציע.*
אין דעם דערמאָנטען שבת, דעם 9-טען סעפּטעמבער, 1899, איז געווען דער שלום פֿון דרייפֿוס'עס צווייטען משפּט (אין רענן). עס זיינען געפֿלױגען דעפּעשען. יעדע מינוט האָט מען געקענט ערוואַרטען די ענטשיידונג.
איך בין געזעסען לעבען דעם טעלעגראַף רעדאַקטאָר, אין אַ פֿיבער פֿון אונגעדולד, אַן אונרוהיגער.
דאָס רוב פֿון די מיטאַרבייטער האָבען געהאַט נאָר אַ שוואַ כען בעגריף וועגען דעם פּראָצעס. זיי האָבען אָבער געוואוסט, אַז אַלע אידען באַטראַכטען דרייפֿוס'ען פֿאַר אַ מאַרטירער און, אַז ביי מיר קלאַפּט דאָס האַרץ פֿון אונגעדולד און אנגסט, וואָרטענ דיג אױף דעם ווערדיקט. זיי האָבען אַרױסגעוויזען סימפּאַטיע צו מיינע געפֿיהלען.
ענדליך האָט אײנער פֿון די צוויי טעלעגראַפֿיסטען דעם טע לעגראַף-רעדאַקטאָר דערלאַנגט אַ געלען בױגען פּאַפּיר, אױף וועל כען ער האָט אָקאַרשט, אױף זיין טײפּרייטער, אױפֿגעשריבען די לעצטע דעפּעשע פֿון רענן. דער טעלעגראַף-רעדאַקטאָר האָט איבער געלעזען און, מיט אַ בליק פֿול מיט מיטלייד, האָט ער מיר איבער געגעבען דעם פּאַפּיר.
דער ווערדיקט איז געווען „שולדיג", אָבער מיט אַ רעקאָמענ131דאַציע אױף „רחמנות", און דער פּסק איז געווען צעהן יאָהר נעפֿענגניס.
סטעפֿפֿענס און עטליכע פֿון די אַנדערע האָבען אױסגעדריקט באַדױערען.
— איהר וועלט, וואַרשיינליך, געהן זיך זעהן מיט אייערע אי דישע פֿריינד — האָט סטעפֿפֿענס צו מיר געזאָגט.
איך בין אוועק אין העררי'ס קאַפֿע, אױף 141 דיוויזשאָן סטריט, וואו עס פֿלעגען זיך פֿאַרזאַמלען אונזערע גענאָסען.
[ז׳ 111] ווי מיר וועלען ווייטער זעהן, איז אין דער צייט פֿון מיין פֿאַרבינדונג מיט דעם „שעף", ערשינען מיינער אַ צווייטער בוך פֿון ערצעהלונגען, און פֿון צייט צו צייט איז געווען געדרוקט מיינע אַ זאַך אין איינעם פֿון די וויכטיגסטע אַמעריקאַנער מאָנאַטשריפֿטען.
[ז׳ 126] אַ טייל פֿון זיי זיינען ווירקליך געווען אַראַבער פֿון סיריען. אַ טייל, אָבער, זיינען געווען פֿון עגיפּטען און פֿון אַנדערע אַראַביש-ריי דענדע געגענדען. אין רעליגיע זיינען זיי אַלע געווען קריסטען. אײני גע גריכיש-קאַטױלישע, אײניגע רױם-קאַטױלישע און אײניגע פּראָ טעסטאַנטען.
[ז׳ 130] דעליאָן'ס „אָבענד בלאַט", הױפּטזעכליך איהר רעדאַקטאָר, פֿיליפּ קראַנץ, האָט זיך געהאַלטען ביי דער מײנונג, אַז דרייפֿוס איז שולדיג. דער „פֿאָרווערטס", ווידער, האָט גענומען דעם ריכטיגען שטאַנדפּונקט: אַרױסגעוויזען די טיפֿסטע סימפּאַטיע צו דרייפֿוס'ען און די שאַרפֿסטע ענטריסטונג געגען די אינטריגאַנטען.