167דער „באָסס" פֿון דער קאָרופֿטער אָרגאַניזאַציע „טאַמאַני האָל", און דאָס הייסט אױך דער באַלעבאָס פֿון דער שטאָדטרעגירונג אין ניו יאָרק, איז דאַן געווען דער באַרימטער ריטשאַרד קראָוקער, אײנער פֿון די מעכטיגסטע מענשען אין די פֿאַראײניגטע שטאַאַטען.
ער איז געווען אַ הױכער, אַ שטאַרקגעבױטער, מיט ברײטע פּלייצעס, מיט אַ קורצער, גרױליך-דונקעלער בערדעל, מיט דעם אַלגעמײנעם אױסזעהן פֿון אַ רייך-געוואָרענעם פּראָסטאַק. ער האָט זיך געהאַרעוועט צווישען די גאַסען-יונגען פֿון ניו יאָרק און קײן אינטעליגענטען פּנים האָט ער קײנמאָל ניט געהאַט. מען האָט אָבער געקענט זעהן, אַז דאָס איז אַ מענש מיט כאַראַקטער און ניט קײן נאַר. ער האָט קײן מאָל קײן רעדע ניט געהאַלטען. צייטונגס-רעפּאָרטערס האָבען ביי איהם קײן מאָל ניט געקענט אַרױסקריגען קײן אינטערוויו. די צייטונגען האָבען אָבער קײן מאָל ניט אױפֿגעהערט צו רײדען וועגען איהם — וועמען ער באַלױנט און וועמען ער באַשטראָפֿט, וועמען ער וועט מאַכען פֿאַר דעם נעקסטען קאַנדידאַט צו אַזאַ אָדער אַזאַ אַמט, וועמען ער גיט אַ געלעגענהייט צו מאַכען עטליכע הונדערט טױזענד דאָלאַר פֿון אַ שטאָדטישען קאָנטראַקט.
די קאַריקאַטור בלעטער האָבען איהם יעדע וואָך געדרוקט זיין בילד.
168זיי פֿלעגען איהם פֿאָרשטעלען ווי אַ טיגער. די טאַמאַני אָרגאַניזאַציע רופֿט מען געוועהנליך מיט דעם נאָמען פֿון דיזער חיה, און זיין פּנים האָט זיך גראַדע געפּאַסט דערצו. ווען מען האָט זיין קײלעכדיגע געזיכט מיט דער ברײטער מױל און קײלעכדיגע גרױסע אױגען אַביסעל „צוגעפֿיקסט", און צו זיין קאָפּ צוגעמאַכען דעם קערפּער פֿון אַ טיגער, איז אַרױסגעקומען אַ נאַטירליכער בילד פֿון דער ווילדער באַשעפֿעניש אין אַ קראָוקער געשטאַלט. אין דיזער געשטאַלט פֿלעגט מען זיך פֿאָרשטעלען דעם קאָרופֿציאָנס-זומפּ פֿון טאַמאַני האָל.
דער ערשטען מאָל וואָס איך האָב איהם געזעהן איז מיר אױסגעקומען צו פֿאַרברענגען כמעט אַ גאַנצע נאַכט אין זיין געזעלשאַפֿט.
דאָס איז געווען אין דעם אָוונט און נאַכט נאָך די וואַהלען פֿון 1898. עס איז געווען עלעקשאָן אױף גאָווערנאָר פֿון ניו יאָרק סטייט, און טאַמאַני האָל, וועלכע האָט זיך געוועהנליך באַשריינקט אױף איהר הערשאַפֿט איבערן שטאָדט, האָט דיזען מאָל געפּרואוועט אַריינשטעקען איהר טיגערשע לאַפּע אין די „פּאָליטיקס" פֿון דעם שטאַאַט ניו יאָרק אױך. זי האָט אַרױסגעשטעלט איהרען אַ מענשען אַלס קאַנדידאַט אױף גאָווערנאָר. דאָס איז געווען אַן אַמעריקאַנער מיט'ן נאָמען אָגאָסטוס וועןדווייק, אַ ברודער פֿון דעם טאַמאַני מעיאָר פֿון דער שטאָדט ניו יאָרק, ראָבערט וועןדווייק. קראָוקער האָט אין דיזען קאַמף אַ טעטיגען אַנטײל גענומען.
דער קאַנדידאַט פֿון די רעפּובליקאַנער איז געווען טהעאָדאָר רוזוועלט* (זעה צווייטען באַנד, פֿידזש 280 און 287).
דיזען מאָל איז רוזוועלט עלעקטעד געוואָרען. קראָוקער'ם קאַנדידאַט איז דורכגעפֿאַלען.
169מיין באַגעגעניש מיט קראָוקער'ן איז אַלזאָ פֿאָרגעקומען אין דעם אָוונד נאָך יענע וואַהלען. דאָס איז געווען אין דעם „דעמאָקרעטיק קלאַב", אױף דער פֿינפֿטער עוועניו. קראָוקער, וועלכער איז דאַן געווען אַן אַלמן, האָט דאָרטען געהאַט זיין וואױנונג. זיינע צימערען זיינען געווען אױף אַן אױבערשטען עטאַזש. דער גרױסער קלאַב-זאַל און אײניגע קלענערע רומס זיינען געווען אױפֿ'ן ערשטען פּלאָר.
דער רעזולטאַט פֿון די וואַהלען איז שױן געווען באַקאַנט. קײן האָפֿנונג פֿאַר די דעמאָקראַטען (דאָס הייסט, פֿאַר קראָוקער'ם פּאַרטיי) איז שױן ניט געבליבען.
איך האָב דאָרטען געפֿונען אַ תּיבֿשע צאָהל טאַמאַני פּאָליטישענס. זיי האָבען זיך אַלץ געמאַכט האַרץ. די נידערלאַנע איז אָבער געווען אױסגעגאָסען אױף זייערע פּנים'ער. און ביזלעכווייז זיינען זיי זיך צוגעגאַנגען. ווען טאַמאַני זיגט, קאָכט אין דעם קלוב אַ גאַנצע נאַכט. דיזען מאָל איז אַרום עלף אוהר שױן געווען כמעט פּוסט. עס זיינען געבליבען נאָר עטליכע פֿון די פּאָליטישענס, אַ פּאָר פֿון די רעפּאָרטערס און קראָוקער אַלײן. דער „באָסס" איז געווען מונטער, ווי אַ געניטער געמבלער, וואָס בלייבט רוהיג צי ער געווינט, צי ער פֿאַרלירט — אַ „גוד ספּאָרט".
צווישען די אַנוועזענדע האָב איך געפֿונען אױגוסט בעלמאָנט'ן, אײנער פֿון די רייכסטע מענשען אין ניו יאָרק, און פֿון די וויכטיגסטע פֿיגורען אין דער ניו יאָרקער „געזעלשאַפֿט". ער איז געווען אַ טאַמאַני-מאַן. און מיט דעם איז ער געווען אַן אױסנאַם, וואָרים געוועהנליך פֿלעגען די „יחסנים" פֿון שטאָדט פֿערזעניליך אין „פּאָליטיקס" זיך ניט מישען, און אױב שױן יאָ — איז אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
170עס איז מיר געווען אינטערעסאַנט צו זעהן ווי אַזױ בעלמאָנט חבר'ט זיך מיט ריטשאַרד קראָוקער'ן.
ער איז געווען אַ סך אינגער פֿאַר קראָוקער'ן, און ער האָט גערעדט צו איהם ווי אַן אײניקעל צו אַ זײדען. אָט שטעהט ער און שושקעט זיך מיט אַ פּאָר אַנדערע פֿון די אַנוועזענדע, און אָט וואַרפֿט ער זיי אַוועק און לױפֿט צום „זײדען" פֿרעגען עפּעס.
איך קוק זיך צו: בעלמאָנט רעדט מיט אַן ערנסטען טאָן, און קראָוקער הערט איהם אױס מיט אַ פֿריינדליכען זײדע-שמייכעל.
אײנער פֿון די רעפּאָרטערס מאַכט אַ באַמערקונג צו קראָוקער'ן:
— פֿאַרוואָס זאָלט איהר ניט קלעימען די סטייט?*
— געוויס קלעימען מיר — האָט קראָוקער געענטפֿערט, און זיך צולאַכט.
— אַ לאַכעדיגער טיגער — האָב איך שטילערהייט באַמערקט צו אַן אַנדער רעפּאָרטער.
— אַ לאַכעדיגער טיגער וואָלט ניט געווען אַזױ געפֿערליך ווי אַ לאַכעדיגער קראָוקער — האָט יענער געענטפֿערט.
עס איז שױן געווען טיפֿע נאַכט, און עס זיינען געבליבען נאָר פֿינף מענשען. מיר זיינען געזעסען אין דעם גרױסען, און באַקוועם מעבּלירטען זאַל, — אַ קלײנע גרופּע אַרום אַ ריזיג גרױסען טיש. ווייטער איז דער זאַל געווען פּוסט. מען האָט געשמועסט, און קראָוקער האָט גערעדט גאַנץ פֿריי און אָפֿענהערציג, אַזױ ווי מיר וואָלטען אַלע געווען אײן פֿאַמיליע. ביי אַ געוויסען פּונקט האָט ער געמאַכט אַזאַ באַמערקונג:
— מען דאַרף ניט פֿאַרגעסען אַז ס'איז פֿאַראַן אַ גרױסער עלעמענט, וואָס שטימט אימער געגען אונז.
171איך האָב דאַן געהאַלטען מיין נאָטיץ-ביכעל אין האַנט און איך האָב פֿאַרצײכענט זיינע ווערטער. ער האָט דאָס באַמערקט, און זיין געזיכט האָט זיך פֿאַרוואָלקענט.
— וואָס פֿאַרשרייבט איהר, יונגערמאַן? — האָט ער ביי מיר געפֿרעגט. — ענטשולדיגט מיר, ערלױבט מיר צו זעהן וואָס איהר האָט איצט פֿאַרצײכענט.
איך האָב מיין ביכעל אַריינגעלײגט אין פּאָקעט.
— מיר רײדען דאָ פּריוואַט, ניט פֿאַר דער פּרעסע, — האָט ער ווייטער געזאָגט בייזעלעך, — ווען איך וואָלט וויסען, אַז איהר וועט דאָס פֿאַרשרייבען פֿאַר אייער צייטונג, וואָלט איך דאָס געהאַט אין זינען.
— אױב דאָס איז פּריוואַט, וועט דאָס בלייבען פּריוואַט, — האָב איך געענטפֿערט.
ער איז געווען באַאונרוהיגט. אָבער אַ צווייטער רעפּאָרטער, אַן עלטערער מענש, מיט אַ גלח'שען אױסזעהן, מיט וועמען קראָוקער איז געווען גוט באַקאַנט, און מיט וועמען איך האָב זיך באַגעגענט עטליכע מאָל, האָט איהם פֿאַרזיכערט אַז איך בין אַ „דזשענטעלמען", און אַז דאָס וואָס איז ניט פֿאַר דער פּרעסע וועל איך ניט פֿאַרעפֿענטליכען.
קראָוקער האָט זיך באַרוהיגט. אָבער די ערשטע מינוט האָבען זיינע אױגען אַלץ ניט געקענט אָפּטרעטען פֿון דעם פּאָקעט, אין וועלכען איך האָב אַריינגעלײגט מיין ביכעלע.
אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" (פֿידזשעס 363-365) איז דערצעהלט געוואָרען וועגען דעם „לעקסאָו קאָמיטע", וועלכען דער אָלבאַנער סענאַט האָט געשיקט קײן ניו יאָרק אױסצופֿאָרשען די קאָרופּציאָן פֿון דער ניו-יאָרקער פּאָליציי אונטער דער פֿאַרברעכערישער הערשאַפֿט פֿון טאַמאַני האָל. דאַן איז דער רעזולטאַט געווען טאַמאַני'ם מפּלה ביי די נעקסטע שטאָדט-וואַהלען. מען האָט עלעקטעד אַן אַנשטענדיגען מענשען אַלס מעיאָר פֿון ניו יאָרק, אַ געשעפֿטסמאַן מיט'ן נאָמען סטראָנג, און מען האָט באַשטראָפֿט אײניגע פּאָליס-קאַפּיטאַנען און פּאָליס-אינספּעקטאָרס. אױף אַ פּאָר יאָהר האָט זיך172די פּאָליציי אױפֿגעפֿיהרט אַביסעל אַנשטענדיגער. דערנאָך איז ווידער געוואָרען דאָס זעלבע. אַלזאָ, האָט דער אָלבאַנער סענאַט ווידער געשיקט אַן אונטערזוכונגס-קאָמיטע — דער „מאַזעטט קאָמיטע", ווי מען האָט איהם גערופֿען, נאָך דעם נאָמען פֿון דעם פֿאָרזיצענדען.
קראָוקער איז געווען אײנער פֿון די, וואָס מען האָט געפֿאָדערט צום פֿאַרהער. די אונטערזוכונג האָט אָנגעפֿיהרט אַן אַדוואָקאַט מיט'ן נאָמען מאָסס, און ער האָט די גערופֿענע געשטעלט פֿראַגען. קראָוקער'ן האָט ער געפֿרעגט וועגען דעם, ווי ער קאָמאַנדעוועט איבער טאַמאַני. אײן פֿראַגע האָט ער איהם געשטעלט וועגען זיך אַלײן. מאָסס איז געווען אַ מיטגליד פֿון טאַמאַני, אָבער קראָוקער האָט איהם „אָפּגעשניטען דעם קאָפּ". דאָס הייסט, מאָסס האָט געדאַרפֿט באַקומען די קאַנדידאַטור אױף אַ געוויסען אַמט און קראָוקער האָט איהם אױסגעמעקט צעטעל דערפֿאַר וואָס ער, מאָסס, האָט באַקעמפֿט געוויסע לומפּעריען אין אַ טאַמאַני דיסטריקט. איצט אַלזאָ, ביי דעם מאַזעטט פֿאַרהער, האָט מאָסס קראָוקער'ן געפֿרעגט וועגען יענער געשיכטע, אום צו ווייזען אַ ביישפּיל ווי אַזױ קראָוקער רעגירט.
— מיר האָט איהר אױך אָפּגעשניטען דעם קאָפּ, ניט אמת? — האָט מאָסס געפֿרעגט.
— יאָ, אָפּגעהאַקט אַזש ביז די פּלייצעס, — האָט קראָוקער געענטפֿערט, ניט טוענדיג אפֿילו קײן שמייכעל דערביי.
— איז דען ניט אַ פֿאַקט, אַז איהר זייט אין פּאָליטיק אין די אינטערעסען פֿון אייער קעשענע? — האָט מאָסס איהם ווייטער געפֿרעגט.
— יעס, פֿאָר מאַי פּאָקעט אָלל די טאַים (יאָ, אימער פֿאַר מיין קעשענע) — האָט קראָוקער געענטפֿערט מיט אַ חוצפּה'דיגער אירעאָניע, אַזױ ווי ער וואָלט געזאָגט: „אַזעלכע צבוֹעקעם ווי איהר מאַכען פֿרומע אַוואיעס; אָבער איהר אַרבייט אױך פֿאַר אייערע פּאָקעטס. איך האָב פֿיינט צו מאַכען אַן אָנשטעל. איך זאָג אָפֿען".
די פֿראַזע „פֿאָר מאַי פּאָקעט אָלל די טאַים" איז באַרימט געוואָרען.
173סימאָר, דער ביזנעס מענעדזשער פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" — אַן אַמעריקאַנער פֿון מיטעלען וואוקס מיט אַ שאַרפֿען נאָז, אַ קרומלעכען — האָט זיך נערוועז אַרומגעדרעהט אַרום סטעפֿענס'עס דעסק. איך גלױב ניט אַז איך האָב איהם ווען עס איז געזעהן אָהן אַ סיגאַר אין מױל, און ווען ער איז געווען צוטראָגען, פֿלעגט ער דעם סיגאַר קייען און קייען. אַזױ איז געווען איצט. סטעפֿענס איז געשטאַנען אָהן זיין רעקעל, די העמד אין די קעשענעס, אָן ערנסטער, אַ צוטראָגענער. ראַיט, דער הױפּט-רעדאַקטאָר, איז אַרױסגעקומען פֿון זיין צימערעל, און אַלע דריי זיינען זיי געשטאַנען און גערעדט שטילערהייט, אַזױ ווי עס וואָלט געלעגען אַ מת אין שטוב.
לאַשאַססע, דער אַסיסטענט סיטי-עדיטאָר, איז אױך געווען צוטראָגען.
איך בין געזעסען אױף מיין געוועהנליכען פּלאַץ. איך האָב געזעהן אַז עס איז עפּעס אַן ערנסטער טראָבעל. אָבער אין וואָס דאָס באַשטעהט האָב איך ניט געוואוסט. באַלד האָב איך דערזעהן די „איווינינג פּאָסט" פֿון יענעם טאָג, און אַלץ איז מיר קלאָר געוואָרען.
די „איווינינג פּאָסט" האָט געהאַט אַ זעהר וויכטיגען „ביט"*.
עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אַדמיראַל דיואַי, דעם העלד פֿון מאַנילאַ.
ווען די מלחמה מיט שפּאַניען האָט זיך געענדיגט, האָט איהם אין די פֿאַראײניגטע שטאַאַטען ערוואַרטעט אַ שטורמדינער קבלת-פּנים. ער איז אָבער גלייך אַהיים ניט געקומען. ער האָט זיך צוערשט אַוועקגעלאָזען איבער דער וועלט. ער האָט174באַזוכט פֿאַרשיידענע לענדער אין אייראָפּא. אומעטום האָט מען איהם געגעבען אַ גרױסען ברוך הבּא, און דעפּעשען זיינען געפֿלױגען קײן אַמעריקא וועגען דעם פּאַראַד וואָס מען מאַכט מיט איהם. אַ טריאומף-רייזע דורך די גרעסטע הױפּט-שטעדט איז דאָס געווען. דערנאָך האָט ער זיך אַוועקגעלאָזען קײן אַמעריקא. אָבער ווען און דורך וואַנען ער וועט קומען האָט מען ניט געוואואסט.
די רעדאַקציעס פֿון די טעגליכע צייטונגען זיינען געווען אָנגעשטרענגט. יעדע פֿון זיי האָט זיך געגרייט צו דעם מאָמענט ווען דיואַי'ס „אַדמיראַל-שיף" וועט זיך באַווייזען נאָהענט צו די ברעגעס פֿון ניו יאָרק. יעדער רעדאַקטאָר האָט געצימערט טאָמער האָט אַן אַנדער רעדאַקטאָר אַ „ביט", טאָמער קומט אַן אַנדער צייטונג אַרױס מיט אַן אינטערוויו מיט דעם גרױסען גאַסט, און זיינע ניט. די גרױסע סענסאַציאָנעלע בלעטער האָבען זיך געהיט אײנע די אַנדערע. און יעדערע האָט געמאַכט ספּעציעלע צוגרייטונגען, אַזױ אַז איהרע קאָנקורענטען זאָלען ניט חושד זיין.
דער סוף איז געווען, אַז אַ „ביט" האָט ווירקליך פּאַסירט, אָבער געהאַט האָט איהם ניט אײנע פֿון די גרױסע סענסאַציאָנעלע צייטונגען, נאָר אײנע פֿון די שטילערע, בכּבוד'ערע, ביי וועלכער אַ „ביט" אין די נייעס איז אַ זעלטענהייט — די אַריסטאָקראַטישע „איווינינג פּאָסט".
דורך אַ צופֿאַל איז דאָס געשעהן. אײנער פֿון איהרע רעפּאָרטערס איז אַוועק אין סטעטען איילענד וועגען אַ ספּאָרט פֿאַרווערטעניש — אַ רעים פֿון זעגעל-יאַכטען. עס האָט זיך אָבער גראָד געמאַכט, אַז ווערענד דיזער רעפּאָרטער האָט זיך געפֿונען אױף אַ קלײנינקען דאַמף-שיפֿעל אין די וואַסערען לעבען סטעטען איילענד, האָט ער פֿון ווייטען דערזעהן אַדמיראַל דיואַי'ס שיף. ער האָט זיך גלייך אַ לאָז געטאָן צו איהר. ער איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער, וואָס האָט דעם באַרימט-געוואָרענעם אַדמיראַל באַגריסט און געהאַט אַן אינטערוויו מיט איהם.
דער מזל'דיגער רעפּאָרטער — פֿיטסדזשעראָלד האָט ער175געהייסען — איז דאַן צוגעפֿאָהרען צום ברעג, און טעלעפֿאָנירט זיין אינטערוויו. ווען די צייטונג איז אַרױס, האָבען עטליכע סיטי-עדיטאָרס שיער ניט גע'חלש'ט.
פֿאַר דער גרױסער ברייטער וועלט איז דיואַי געווען דער העלד. אין דער צייטונגס-וועלט פֿון ניו יאָרק איז פֿיטסדזשעראָלד געווען דער העלד.
אײן מאָל, ווען איך בין אַזױ געזעסען אױף מיין פּלאַץ, לעבען סטעפֿענס'עס דעסק, איז אַריינגעקומען אַ הױכער מאַן מיט אַ גרױסער, ווייכער „ראָף-ריידער"-הוט. סטעפֿענס האָט איהם אױפֿגענומען מיט אַ באַזונדערער וואַרימקייט. זיי האָבען געשמועסט אַ פּאָר מינוט. דערנאָך האָט סטעפֿענס מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איהם. דאָס איז געווען טהעאָדאָר רוזוועלט, דער וואָס איז שפּעטער געוואָרען פּרעזידענט פֿון די פֿאַראײניגטע שטאַאַטען, אײנער פֿון די לעבהאַפֿטסטע און אינטערעסאַנטסטע רעגירער פֿון דער רעפּובליק.
ער איז דאַן געווען גאָווערנאָר פֿון ניו יאָרק. סטעפֿענס איז מיט איהם באַפֿריינדעט געוואָרען מיט אַ יאָהר דריי צוריק, ווען רוזוועלט איז געווען דער פּאָליס-קאָמישאָנער פֿון ניו יאָרק און סטעפֿענס אַ פּאָליס-רעפּאָרטער פֿון דער „איווינינג פּאָסט".
איצט איז רוזוועלט אַרױפֿגעלאָפֿען אין דער רעדאַקציע בלױז צו זעהן זיך אױף אַ מינוט מיט סטעפֿענס'ן. טײלווייז האָט ער דאָס געטאָן צו ווייזען זיין דעמאָקראַטישקייט, אָבער טײלווייז גאַנץ אױפֿריכטיג. וואָרים ער איז ווירקליך געווען אַ דעמאָקראַטישער מענש, אַ געמיש פֿון אײדעלע, פֿראָגרעסיווע שטרעבונגען און מוט, מיט געשייטקייט און פּאָליטישען עגאָאיזם.
מיר האָבען געשמועסט אַ מינוט און שמועסענדיג האָט ער פֿרעהליך געבליסטשעט מיט זיינע באַרימטע גרױסע צײן. ער176האָט זיך געזעגענט, און מיט דעם האָט זיך געענדיגט מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט איהם.
אין דער צייט וואָס איך בין געווען אין דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט סעמיועל גאָמפּערס'ן, דעם פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקאַן פֿעדערײשאָן אָװ לײבאָר, דאָס הייסט, פֿון דער אַמעריקאַנער אַרבייטער באַוועגונג.
עס איז אַנאָנסירט געוואָרען, אַז אין דעם אַריסטאָקראַטישען „ניינטינטה סענטשורי קלאַב" וועט פֿאָרקומען אַ דעבאַטע צווישען איהם, סעמיועל גאָמפּערס'ן, און עדוואַרד עטקינסאָן'ען, וועלכער איז דאַן געווען פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער עקאָנאָמיע אין האַרוואַרד אוניווערסיטעט. עטקינסאָן איז געווען באַקאַנט אַלס יוניאָן-פּרעסער. ער האָט געשריבען אַרטיקלען און ביכער, אין וועלכע ער האָט זיך געשטאַרעט צו באַווייזען אַז די קאַפּיטאַליסטען זיינען דורכאױס גערעכט און אַז טרײיד-יוניאָניזם איז אַן אונגליק פֿאַר'ן לאַנד און אפֿילו פֿאַר די אַרבייטער אױך.
אַ קעניג האָט אַ הױף-נאַר און אַ הױף-פּאָעט. עטקינסאָן איז געווען דער הױף-עקאָנאָמיסט פֿון קעניג קאַפּיטאַל.
די דעבאַטע האָט ניט געהאַט צו טאָן מיט מיין אַרבייט פֿאַר דער צייטונג, וואָרים זי איז פֿאָרגעקומען אין אַ אָוונד, און דער באַריכט וואָלט ערשינען אין די מאָרגען בלעטער. אָבער מיך האָט זי פֿאַראינטערעסירט, און איך האָב איהר בייגעוואואינט.
עס האָט זיך צוזאַמענגעקליבען אַן עולם פֿון אױסגעפּוצטע מענער און פֿרױען, מייסטענס זעהר רייכע מענשען — אײניגע פֿון זיי פֿון דער „הױכער" געזעלשאַפֿט.
עטקינסאָן האָט דער ערשטער געהאַט דאָס וואָרט, און ער האָט אַרױסגעשטעלט אַרגומענטען צו גונסטען פֿון די פֿאַבריקאַנטען און געגען די אָרגאַניזירטע אַרבייטער.
ווען גאָמפּערס האָט זיך געשטעלט איהם ענטפֿערען, האָב איך ערוואַרטעט אַז אין זיינע אַרגומענטען וועלען פֿעהלען די וויכטיגסטע פּונקטען, וועלכע פֿאָדערען זיך אין אַזאַ פֿאַל. צו אַ177דעבאַטע מיט אַזאַ מענשען ווי פּראָפֿעסאָר עטקינסאָן דאַרף מען האָבען אַ סאָציאַליסט, האָב איך געגלױבט, און ניט אַזאַ קאָנסערוואַטיווען אַרבייטער-פֿיהרער ווי גאָמפּערס.
איך האָב גאָמפּערס'ן קײנמאָל ניט אַטאַקירט פּערזענליך, ווי אַנדערע אונזערע גענאָסען פֿלעגען טאָן. איך פֿלעג איהם זאָגאַר פֿאַרטיידיגען ביז אַ געוויסען גראַד. אָבער איך בין אױך געווען ווייט פֿון איהם. און איצט, זייענדיג ביי דיזער דעבאַטע צווישען אַ פֿאָרשטעהער פֿון קאַפּיטאַל און אַ פֿאָרשטעהער פֿון דעם אַרבייטער קלאַס, איז מיר געווען פּיינליך צו זעהן געגען אַזאַ אַרבייטער שונא שטעהט גאָמפּערס, און ניט אײנער פֿון אונזערע.
אָבער גאָמפּערס האָט געמאַכט אַ פֿיל בעסערען „דזשאַב" ווי איך האָב פֿון איהם ערוואַרטעט. זיין רעדע איז פֿאַר מיר געווען אַן אַנגענעהמע איבעראַראַשונג. ער האָט עטקינסאָן'ען געענטפֿערט קלוג, שאַרפֿזיניג און שאַרף. איך בין געווען אױפֿ'ן זיבעטען הימעל. מיר האָט זיך געוואָלט אַפּלאָדירען, שרייען „הורראַ!" אָבער זיצענדיג ביי דעם רעפּאָרטער-טיש האָב איך זיך געמוזט קאָנטראָלירען.
דער אַריסטאָקראַטישער עולם האָט דורכאױס סימפּאַטיזירט מיט עטקינסאָן'ען. אױך געוויסע גיפֿטיגע באַמערקונגען וואָס גאָמפּערס האָט געמאַכט האָבען די צוהערער, הױפּטזעכליך די צוהערערינס, אָפּגעענטפֿערט מיט בייזע געלעכטערס, און ווען עטקינסאָן האָט ווידער גענומען דאָס וואָרט, האָט ער באַקומען אײן אָוואַציע נאָך דער אַנדערער.
ווען עס האָט זיך געענדיגט די דעבאַטע, בין איך צוגעלאָפֿען צו גאָמפּערס'ן און גענומען דריקען ביידע הענט זיינע.
— איהר האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַן אונבעשרייבליכען פֿאַרגעניגען, מר. גאָמפּערס — האָב איך געזאָגט.
ער האָט זיך אין דיזען קראָאוד געפֿיהלט ווי אַן עלענדער, און מיינע ווערטער זיינען איהם געווען זעהר ווילקאָמען. אַזױ ווי פֿון הימעל וואָלטען זיי אַראָפּגעפֿאַלען.
178— עס איז מיר זעהר אנגענעהם דאָ צו הערען אַזעלכע רייד, — האָט ער געזאָגט, דריקענדיג מיין האַנט.
איך האָב איהם ערקלערט, אַז איך בין אַ סאָציאַליסט און האָב איהם געזאָגט מיין נאָמען. ער האָט געענטפֿערט, אַז ער האָט געהערט פֿון מיר און ער האָט מיך ניט אָפּגעלאָזען: איך מוז מיט איהם גאָהן שפּאַצירען; ער וויל מיט מיר שמועסען, בעסער באַקאַנט ווערען.
מיר זיינען אַריינגעגאַנגען אין אַ קאַפֿע, און דערנאָך האָבען מיר שפּאַצירט. מיר האָבען פֿאַרבראַכט ביי דריי שטונדען צוזאַמען. עס איז שױן געוואָרען ליכטיג ווען מיר האָבען זיך צושיידט.
יאָהרען שפּעטער, ווען מיר זיינען באַפֿריינדעט געוואָרען, האָב איך איהם ערינערט אָן יענער געשיכטע. ער האָט איהר געדענקט גאַנץ גוט, און אָפֿט פֿלעגען מיר מיט אַ שמייכעל ווידער דערמאָנען אונזער באַגעגעניש נאָך זיין דעבאַטע מיט עטקינסאָן'ען.
דאַן האָט געלעבט „באָפֿאַלאָ בילל", דער באַלעבאָס פֿון דעם באַרימטען צירק „די ווײלד וועסט". זיין אמת'ער נאָמען איז געווען קאָודי, און געוועהנליך פֿלעגט מען איהם רופֿען „קעפּטין קאָודי". ער אַלײן איז געווען אײנער פֿון די באַרימטסטע רייטער און שיסער אין אַמעריקא.
דער לאַגער פֿון זיינע רייטער און קונצען-מאַכער איז געווען אױף סטעטען איילענד. איך האָב איהם דאָרטען באַזוכט. איך האָב איהם געפֿונען רייטענדיג — אַ הױכער, אַ געזונטער, מיט אַ קלײנער, גרױיליכער בערדעלע — און מאַכענדיג רעפּעטיציע מיט זיין צירק. אַן אָרקעסטער האָט געשפּילט, און די רייטער אונטער זיין קאָמאַנדע האָבען געהאַלטען אין אײנשטודירען אַ רייטער-טאַנץ.
אַ רעפּאָרטער פֿון אַן אַנדער צייטונג, מיינער אַ פֿריינד, האָט איהם געלאָזט וויסען, אַז איך בין אַ „ליטעראַטור מענש",179און אַז איך וויל באַקוקען זיין לאַגער ניט איינפֿאַך אַלס רעפּאָרטער, נאָר מיט'ן צוועק צו באַשרייבען דאָס אין אַן ערצעהלונג. ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט און איז געווען זעהר גאַסטפֿריינדליך צו מיר. ער האָט מיר אַלץ געוויזען און ערקלערט, און ווען איך האָב שױן געוואָלט אַוועקגעהן, האָט ער מיך פֿאַרהאַלטען:
— איהר מוזט עסען לאָנטש מיט אונז — האָט ער צו מיר געזאָגט, — אַ הונגעריגען וועלען מיר אייך ניט אַוועקלאָזען.
דער „עס-צימער" איז געווען אַ גרױסע, ליווענטענע לאַגער-ביידעל. די „ראָף-ריידערס", גימנאַסטיק-ספּעציאַליסטען און אַנדערע צירק-מענשען, צווישען וועלכע עס האָבען זיך געפֿונען אַ פּאָר בערג-רייטער פֿון קאַווקאַז, זיינען געזעסען ביי לאַנגע טישען, מיט קעפּטין קאָודי'ן אױבען-אָן, און איך בין געזעסען לעבען איהם. מיר האָט זיך געדוכט, אַז איך בין צוגאַסט ביי דעם הערשער פֿון אַ ווילדען, פֿאַרצייטיגען שבט.
קעפּטין קאָודי פּערזענליך, דיזער באַרימטער צירק-פֿיהרער, האָט אױף מיר געמאַכט אַן איינדרוק ווי אַ מענש מיט אַ בענקענדער נשמה. אין מיטען עסען האָט ער געגעבען אַ סיגנאַל צו דעם אָרקעסטער. די מוזיקאַנטען האָבען זיך גענומען צו זייערע אינסטרומענטען און אָנגעהױבען צו שפּילען אַ פֿרעהליכען מאַרש. באָפֿאַלאָ בילל האָט שטילינקערהייט מיטגעזונגען, אָבער אין זיין פֿרעהליכען געזאַנג האָבען מיר געקלונגען אומעדיגע טענער.
אין דעם כינעזישען קוואָרטאַל אױף מאָטט סטריט און די אַרומיגע געגענדען, האָט דאַן געהערשט אַ פּראָסטער, אונווויסענדער מענש מיט'ן נאָמען „טשאַק" קאָננאָרס. ער איז געווען אַ גרױסער תּקיף ביי די לאָבוסעס פֿון דער באַוערי און אין שטאָדט פֿלעגט מען איהם אױף שפּאַס רופֿען „דער מעיאָר פֿון טשיינאַטאָון". מען פֿלעגט דערצעהלען וועגען איהם פֿאַרשיידענע אַנעקדאָטען, אין וועלכע ער איז געווען פֿאָרגעשטעלט אַלס אַן180אינטערעסאַנטער מענש, אַ קלוגער, אַ פֿעהיגער און אַ טאַלאַנטפֿולער. הױפּטזעכליך פֿלעגען זיך מיט איהם אינטערעסירען ליטעראַטען, קינסטלער אָדער מענשען מיט קינסטלערישע פּרעטענזיעס. און די צאָל פֿון אַמעריקאַנער מיט אַזעלכע פּרעטענזיעם האָט זיך דאַן גענומען מעהרען. צו זיין אַ מבין אױף אַ בילד, אַ סטאַטוע, אַן אָריענטאַלישען קאַרפּעט (קאַוויאָר) איז געוואָרען אַזאַ מאָדע ווי צו זיין אַ מבין אױף אַ פֿערד. „טשאַק" איז באַקאַנט געוואָרען אַלס אַן „אינטערעסאַנטער גראָבער יונג", און דיזע רעפּוטאַציע זיינע האָט דערגרייכט אַזש ביז סאַן פֿראַנציסקאָ.
איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען דורך סטעפֿענס'ן. איך האָב מיט איהם זיך געזעהן צוויי מאָל און געהאַט געשפּרעכען מיט איהם — אײן מאָל אַ גאַנץ לאַנגען. איך האָב פֿון איהם ניט געהערט קײן אײן אינטערעסאַנטען וואָרט. מען האָט געקענט זעהן אַז ער איז ניט קײן נאַר, אָבער אַז אין איהם ליגען פֿאַרבאָרגען „קינסטלערישע מעגליכקייטען" האָב איך ניט געקענט באַמערקען. איך האָב חושד געווען אַז מען מאַכט פֿון איהם אַ „צימעס", הױפּטזעכליך ווייל אָפּשאַצען אַן „אינטערעסאַנטען טיפּ" האָט געהײסען זיין „קינסטלעריש געשטימט".
דאַן האָט זיך ביי דער „העכערער געזעלשאַפֿט" ענטוויקעלט די מאָדע צו געהן „סלאַממינג", באַזוכען די אָרימע קוואָרטאַלען און זעהן ווי עס לעבט די „אַנדערע העלפֿט", דאָס הייסט, די אָרימע קלאַסען. „אױפֿגעקומענע" אַמעריקאַנער, וועלכע זיינען נעכטען נאָך געווען קצבים אָדער בעל-עגלות, פֿלעגען אַריסטאָקראַטיש באַקוקען די אָרימע קוואָרטאַלען מיט „קינסטלערישע" נייגעריגקייט. דורך דעם זיינען אין דער אָרימער איסט-סאַיד אױסגעוואַקסען צוויי רעסטאָראַנען, וואו מיליאָנערען פֿלעגען פֿאַרברענגען אָוונדען. דאָס האָט געהײסען, אַז זיי באַקוקען די אָרימע „אַנדערע העלפֿט". אין אמת'ן אָבער האָבען די מיליאָנערען דאָרטען באַקוקט אײנער דעם אַנדערען, וואָרים פֿאַר די איינוואױנער פֿון די אָרימע קוואָרטאַלען זיינען די דאָזיגע רעסטאָראַנען געווען צו טייער.
181צווישען די באַקאַנטע מענשען, וועמען איך האָב „אינטערוויוד" אַלס רעפּאָרטער איז געווען ראַסעל סײדזש, אײנער פֿון די גרעסטע מיליאָנערען אין אַמעריקא, און אױך אײנער פֿון די קאַרגסטע. איך האָב איהם באַזוכט אין זיין וואױנונג — אַ שעהנע, אַלטע הױז, מיט ווייסע זיילען אין פֿראָנט, אױף דער פֿינפֿטער עוועניו לעבען דער צוויי-און-פֿערציגסטער סטריט (די געביידע איז שױן לאַנג ניטאָ). עס איז געווען אַרום 9 אוהר אין דער פֿריה, און ער האָט מיך געבעטען מיט איהם צו געהן צו פֿום ביז זיין וואָל סטריט באַנק, — אַ גאַנץ לאַנגער שפּאַציר, וועלכען ער פֿלעגט מאַכען צוויי מאָל יעדען טאָג. אַלזאָ, זיינען מיר געגאַנגען און געשמועסט.
ער איז שױן דאַן געווען אַ זקן — אַ הױכער, אַ דאַרער, ווי אַן אױסגעטריקענטער. און אַ קול האָט ער אױך געהאַט אַ דאַרען און אַן אױסגעטריקענטען. ווען ער האָט גערעדט, האָט אױף זיינע דינע ליפֿען און אין זיינע אַלטע אױיגען אַרומגעשוועבט אַ בליסטשענדער קוק פֿון דעם סאָרט, וועלכער איז עפּעס אַי יאָ אַ שמייכעל, אַי ניט קײן שמייכעל.
וועגען זיינע געשעפֿטען האָט ער ניט געוואָלט ריידען. ער האָט זיך פֿון מיינע פֿראַגען פֿלינק אַרױסגעדרעהט. ער האָט גערעדט וועגען אַלערליי זייטיגע זאַכען. נאָר אױף אײן פֿראַגע, אין באַצוג צו זיינע מיליאָנען, האָט ער מיר געענטפֿערט.
זעהענדיג אַז איך קען מיט איהם סיי ווי סיי גאָר ניט מאַכען, האָב איך זיך אַוועקגעלאָזען „אױף אײנס".
— צו וואָס דאַרפֿט איהר אַזױ פֿיל געלט, מיסטער סײדזש? — האָב איך געפֿרעגט.
— דזשאָסט פֿאָר די פֿאָן אָװ מײקינג איט (נאָר צוליב דעם שפּאַס און פֿאַרגעניגען וואָס עס פֿאַרשאַפֿט מיר צו מאַכען די געלט) — האָט ער געענטפֿערט.
און דיזען מאָל האָט יענער שמייכעלע אױף זיין הערינגענעם פּנים זיך ניט באַוויזען. ער האָט אױסגעזעהן אַבסאָלוט182ערנסט, אַזױ ווי דאָס וואָס ער האָט געזאָגט וואָלט געווען דער אמת'ער אמת. עס איז אָבער געווען נאָר אַ טײל פֿון דעם אמת. ער האָט ליב געהאַט ניט נאָר צו מאַכען געלט, נאָר טאַקע אױך צו האָבען געלט. ער איז געווען אײנער פֿון די געשייטסטע ספּעקולאַנטען און אײנער פֿון די באַרימטסטע פּראָצענטניקעס אין דער וועלט.*
אײנער פֿון די פּערזענליכקייטען, וועלכע זיינען פֿון יענע עטליכע יאָהר געבליבען אין מיין זכּרון, איז בישאָפּ פּאָטטער, דער דאַמאָלסדיגער הױפּט-גלח פֿון דער עפּיסקאָפּאַל טשורטש פֿון ניו יאָרק. איך קען אָבער ניט זאָגען, אַז איך האָב באַקומען אַ באַגריף פֿון זיין כאַראַקטער. איך געדענק הױפּטזעכליך זיין אױסשפּראַך. מיר איז אױסגעקומען איהם צו אינטערוויוען וועגען אַ געוויסען ענין, און איך האָב איהם באַזוכט. פֿון אונזער געשפּרעך האָט זיך ענטוויקעלט סתּם אַ שמועס. ער האָט אױף מיר געמאַכט אַן איינדרוק מיט זיין אַדעלינג-פּאַסטאָרישען פּנים, אָבער מעהר פֿון אַלץ געדענק איך זיין שטימע און זיין אַרט ריידען.
אױב אַן אױסשפּראַך קען זיין אױסגעפּוצט אין אַריסטאָקראַטישע קליידער, האָט ער געהאַט דיזען סאָרט אױסשפּראַך. יעדער בוכשטאַב איז ביי איהם אַרױסגעקומען אַריסטאָקראַטיש. מיט זיין ריידען האָט ער מיך עראינערט אָן דעם באַרימטען ענגלישען אַקטיאָר, העני אױירווינג.
183ביי אױירווינג'ן האָבען זיך די אױסשפּראַך און דער געשפּרעך-נגון אױסגעאַרבייט אױף דער שעקספּיר ביהנע, וואו ער האָט דעם גאַנצען לעבען גערעדט מיט דעקלאַמאַציע-טענער. און בישאָפּ פּאָטטער האָט אַן עהנליכען נגון און אױסשפּראַך ענטוויקעלט אױף זיין „פּולפּיט", וואו ער פֿלעגט האַלטען זיינע דרשות פֿאַר די רייכע באַלעבאַטים פֿון דער קירכע. ביי ביידען איז די געוואױנהייט געוואָרען „אַ צווייטע נאַטור". אָבער טראָץ דעם טעאַטראַלישען עפֿעקט, האָבען ביידע געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אױפֿריכטיגקייט. ווען מיר הערען ווי צוויי כינעזער פֿיהרען אַ געשפּרעך, דוכט זיך אונז, אַז זיי ריידען אױף נאָטען. אָט אױף אַזאַ מין נאָטען-שפּראַך האָבען גערעדט אױירווינג און פּאָטטער. זייער נאָטען-שפּראַך איז געוואָרען אַ נאַטירליכער לשון ביי זיי.
אײן מאָל, ווען איך בין געזעסען און געשריבען ביי דעם שוואַרצען לאַנגען טיש פֿון דער רעדאַקציע, האָב איך באַמערקט ווי אײנער פֿון די „קאָפּי-באָיעס" פֿיהרט צו צו סטעפֿענס'ן אַ מאַן פֿון אַ יאָהר פֿופֿציג. ביי צעהן מינוטען שפּעטער איז דער באַזוכער צוריק אַרױסגעגאַנגען.
— טרעפֿט ווער דאָס איז געווען — רופֿט זיך סטעפֿענס אָפּ צו מיר.
ער האָט מיר דערצעהלט: דער מאַן האָט זיך געוואָנדעט נאָך אַ דזשאַב אין דער רעדאַקציע, נאָך אירגענד וועלכען דזשאַב.
— וואָס קענט איהר טאָן? — האָט סטעפֿענס ביי איהם געפֿרעגט.
— איך ווייס, איך האָב בעדאַרפֿט קענען אַלץ טאָן — האָט יענער געענטפֿערט. — מיט עטליכע יאָהר צוריק בין איך אין דיזער צייטונג געווען דער פֿאַרוואַלטענדער רעדאַקטאָר — אָט דאָ, אין „קאָממוירשעל אַדווערטייזער".
איצט איז ער געווען באַרייט צו אַרבייטען אַלס אַן איינפֿאַכער רעפּאָרטער. אָבער פֿון זיין קורצען געשפּרעך מיט איהם184האָט סטעפֿענס ביי זיך באַשלאָסען, אַז ער טױג פֿאַר איהם איבערהױפּט ניט.
צייטונגס-אַרבייט אין אַמעריקא איז אַן אונזיכערע באַשעפֿטיגונג. אַ „נייער בעזים" אין דער פֿאַרמע פֿון אַ נייעם סיטי-עדיטאָר קערט אױס עטליכע רעפּאָרטערס, און אױף זייערע פּלעצער נעמט ער צו אַנדערע. די אַמעריקאַנער צייטונגס-מענשען זיינען ניט געווען אָרגאַניזירט, און אַלע פּראָבעס זיי צו אָרגאַניזירען זיינען דורכגעפֿאַלען. פֿאַר אַ קלײנינקייט האָט מען געקענט פֿאַרלירען די שטעלע, און אַ נייעם פּלאַץ איז ניט לייכט געווען צו באַקומען. עס איז אימער געווען אַ מאַסע קאַנדידאַטען. בלױז זעהר פֿעהיגע שרייבער און נייעס-זאַמלער זיינען געווען זיכער מיט זייער חיונה. עס זיינען אָבער אױך געווען אַזעלכע, וואָס האָבען פּשוט ניט געקענט לאַנג איינזיצען אױף אַן אָרט. אין דער צייטונגס-פּראָפֿעסיע קומען אַריין אַלערליי אַוואַנטוריסטען.
צווישען די רעפּאָרטערס, מיט וועלכע איך בין באַקאַנט געוואָרען איז געווען אַ היבשער פּראָצענט טאַלאַנטפֿולע מענשען. אַמאָל האָב איך ביי אײנעם פֿון די דאָזיגע געפֿרעגט פֿאַרוואָס ער שרייבט ניט קײן בעלעטריסטיק.
— איך האָב געפּרואוועט און בין דורכגעפֿאַלען — איז געווען זיין ענטפֿער.
מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט ער מיר געוויזען דעם מאַנוסקריפּט פֿון אַ קורצער ערצעהלונג. ער האָט דאָס געשיקט צו די זשורנאַלען, און קײנער האָט ניט אָנגענומען.
איך האָב איבערגעלעזען און בין איינפֿאַרשטאַנען געווען מיט די רעדאַקטאָרען, וואָס האָבען דעם מאַנוסקריפּט פֿאַרבראַקירט. עס איז ניט געווען צו דערקעננען, אַז דער פֿאַרפֿאַסער איז דער רעפּאָרטער וואָס שרייבט אַזעלכע גלענצענדע שילדערונגען.
פֿאַר דער צייטונג האָט ער געשריבען שנעל, דירעקט ווי ער185האָט געזעהן און געפֿיהלט. אױף צופֿאַרבען, צופּוצען איז קײן צייט ניט געווען. ווען ער האָט אָבער גענומען שאַפֿען ליטעראַטור, האָט ער אָנגעהױבען צוטראַכטען „געשייטע" געשעהענישען, סצענקעס, געפֿליגעלטע ווערטער, פּיקאַנטע ווערטלעך. אַנדערש וואָלט דאָס ניט פֿאַרדינט דעם יום-טובֿ'דיגען נאָמען „ליטעראַטור", האָט ער געגלױבט. די איינפֿאַכע שורות, אױפֿריכטיגע און אמת שעהנע, וועלכע ער פֿלעגט שרייבען פֿאַר דער צייטונג, זיינען געווען צו וואָכעדיג — אַזױ האָט ער געמיינט. און אַזױ האָבען אײגענטליך אױך געמיינט די רעדאַקטאָרען פֿון די זשורנאַלען. דער רעזולטאַט איז געווען, אַז אום עס זאָל אַרױסקומען „ליטעראַטור", האָט ער זיין ערצעהלונג אַזױ אױסגעקינצעלט, אַז זי האָט קײן טעם ניט געהאַט. מיט זיינע געפּוצטע ווערטער האָט ער יעדען פּיצעל לעבען פֿון איהר אַרױסגעפּוצט.
אַ צווייטער „סטאַר רעפּאָרטער", מיט וועלכען איך בין גוט באַקאַנט געוואָרען אין יענע יאָהרען, האָט ניט געהאַט גענוג איין בילדונגס-קרעפֿט. ער האָט געקענט וואואנדערבאַר באַשרייבען דאָס וואָס ער האָט געזעהן אָדער געהערט. אָבער ניט אַלײן עפּעס שאַפֿען.
אַ דריטער האָט געהאַט טאַלאַנט צו לידער און צו שילדערונגען, אָבער ניט צו ערצעהלונגען. ער האָט געהאַט אַן אמת שעהנע שפּראַך. ער איז געווען אַ געבאָרענער פּאָעט. אַ קורצע צייט שפּעטער האָט ער אַוועקגעוואָרפֿען זיין רעפּאָרטער אַרבייט און איז געוואָרען אַ שרייבער פֿון אַדווערטייזמענטס — אַ פּאַך וואָס באַצאָהלט זיך גוט און וואָס האָט אין אַמעריקא שױן דאַן צוגענומען אײניגע פֿון די בעסטע טאַלאַנטען.
צווישען די צייטונגס-מענשען זיינען געווען ספּעציאַליסטען אױף נבול פּה און שמוציגע אַנעקדאָטען. אײנער פֿון זיי איז געווען אַ שעהנער יונג, אַ פֿראַנט. ער האָט אימער געטראָגען אַ ווייסען שניפּס, ווי אַ פּראָטעסטאַנטישער גלח. דאָס האָט געפּאַסט צו זיין שעהנעם, ווייסען פּנים. אַ צווייטער האָט זיך מיט זיין אױסזעהן ניט אינטערעסירט. דער ראָק איז ביי איהם כמעט186אימער געווען צוקניטשט און די האָר צושױיבערט. ער איז געווען אַ דאַרער, אַ לאַנגער, מיט אַ פֿױגעלשע געזיכט.
און אין דעם אָרט ווי אַזױ דיזע צוויי פֿלעגען ריידען נבול פּה איז אױך געווען אַן אונטערשייד. דער פֿראַנט פֿלעגט די עקעלהאַפֿטסטע ווערטער אַרױסריידען קאַלטבלוטיג, אַזױ ווי זיי וואָלטען געווען גאַנץ געוועהנליכע ווערטער — אַ טײל פֿון דער אַנשטענדיגער שפּראַך. דער צווייטער פֿלעגט זיי אַרױסשיסען אַזױ ווי מיט כּעס. ער איז איבערהױפּט געווען אַ גיפֿטיגער, אַ היציגער, אַ בייזער. ער איז אָבער געווען אַ העכסט אָרענטליכער מענש.
ווען זיין פֿרױ איז געשטאָרבען (מיר האָבען דאַן געאַרבייט צוזאַמען אױף דעם מאָלינאָ פּראָצעס), האָט ער פֿון האַרץ-קלעמעניש גענומען טרינקען און האָט זיך אַזױ פֿאַר'שכּור'ט, אַז ער איז אױך געשטאָרבען.
אידעאַליסטען האָב איך צווישען די רעפּאָרטערס, מיט וועלכע איך בין דאַן באַקאַנט געוואָרען, געפֿונען ווייניג. איך געדענק צוויי סינגעל-טעקסערס און אײן אמת רעליגיעזען מענשען, ביי וועמען קריסטום איז געווען אַ אידעאַל. אָבער דער וואָרט „אידעאַליסט" קען דאָך אױסגעטייטשט ווערען אױף אַלערליי אופֿנים. אָפֿט איז אַ מענש איבערגעגעבען צו נאָבעלע טרױמען, וועלכע ער קען מיט ווערטער ניט אױסדריקען. אַזעלכע מענשען זיינען אין אַמעריקא פֿאַראַן אַ סך. די יענקיס זיינען פֿיל סענטימענטאַלער און מעהר גענײגט צו אידעאַליזם ווי אײראָפּעער מיינען. דער אײראָפּעער האָט וועגען דעם אַמעריקאַנער אַ גאַנץ פֿאַלשען באַגריף.
צווישען די געשעהענישען, וואָס איך האָב בייגעוואואינט אַלס רעפּאָרטער פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" איז אין מיין זכּרון אױפֿגעמאָלען אַ סצענע, אין וועלכער די הױפּט פֿיגור איז געווען דער באַרימטער רוסישער פֿרייהייטס-קעמפֿער און געלעהרטער, פּעטער קראָפּאָטקין. איך בין מיט איהם שױן באַקאַנט187געווען פֿון לאָנדאָן. און איצט, ווען ער האָט באַזוכט ניו יאָרק און איך בין אַרױפֿגעקומען צו איהם אין האָטעל, האָט ער מיך געבעטען בלייבען אין זיין צימער ביז עס וועלען קומען די אַנדערע רעפּאָרטערס. ענגליש האָט ער גערעדט אױסגעצייכענט. ער איז אָבער ניט געווען זיכער, אַז ער וועט וויסען ווי זיך צו באַגעהן מיט די אַמעריקאַנער צייטונגס-מענשען.
אין דער באַשטימטער צייט האָבען די פֿאָרשטעהער פֿון דער פּרעסע זיך גענומען באַווייזען. ווען זיי האָבען זיך אַלע פֿאַרזאַמעלט האָט אײנער פֿון זיי איהם אָנגעהױבען צו שטעלען פֿראַגען. זיי האָבען זיך הױפּטזעכליך אינטערעסירט מיט דעם פֿאַקט, אַז ער, אַ רוסישער פּרינץ (קניאז), איז דער פֿיהרער פֿון דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג. די פֿראַגען זיינען צוערשט געווען נאַטירליכע און אינטעליגענטע. באַלד אָבער האָט אַ יונגער רעפּאָרטער זיך אַריינגעריסען מיט די פֿאָלגענדע ווערטער:
— זאָגט אונז, פּרינץ, ווי מען מאַכט אַ באָמבע. — און ער האָט געהאַלטען אָנגעגרייט זיין פּאַפּיר און בלייִשטיפֿט צו פֿאַרצייכענען דעם אַנטוואָרט.
קראָפּאָטקין האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן מיט אַזאַ אױסדרוק אױפֿ'ן פּנים, אַזױ ווי ער וואָלט אײליג געמאַכט די צײנער.
די אַנדערע רעפּאָרטערס האָבען אַ שמייכעל געטאָן. זיי האָבען אָבער אַנגעשטעלט די אױיערען צו הערען וואָס „דער פּרינץ" וועט ענטפֿערען.
איך האָב געפּרואוועט דעם באָי ערקלעהרען, אַז צו שטעלען אַזאַ פֿראַגע האָט קײן זין ניט. ער האָט אָבער ניט פֿאַרשטאַנען און ניט געוואָלט פֿאַרשטעהן.
— איט וואואד מייק אַ גוד סטאָרי (עס וואָלט געווען אַן אינטערעסאַנט צום לעזען) — האָט ער גע'טענה'ט, מיט כּעס אױף מיר.
קראָפּאָטקין האָט אין ניו יאָרק געהאַלטען לעקטשורס אױף ענגליש און אױף רוסיש. אונזער רוסישע קאָלאָניע האָט איהם געגעבען אַ באַנקעט, אַרױסגעוויזען איהם די טיפֿסטע ליבע און רעספּעקט; און וואָס מעהר מען איז מיט איהם באַקאַנט גע188וואָרען, אַלץ שטאַרקער זיינען געוואָרען דיזע געפֿיהלען צו איהם. מיט זיין איינפֿאַכקייט, אַבסאָלוטע עניוות און וואַרימע רוסישע האַרציגקייט, האָט ער אַלעמען בוכשטעבליך באַצויבערט.
דאָס רובֿ פֿון אונז זיינען געווען סאָציאַל-דעמאָקראַטען. אין די באַציהונגען צו איהם האָט מען אָבער אָן פּאַרטייען פֿאַרגעסען. אַ חוץ דעם: פֿאַר אונז, רוסישע, איז ער הױפּטזעכליך געווען קראָפּאָטקין דער באַריהמטער העלד פֿון דעם קאַמף געגען דעם צאַרישען דעספּאָטיזם.
[ז׳ 168] אין דער מלחמה מיט שפּאַניען האָט רוזוועלט זיך באַרימט געמאַכט מיט אַ רעגימענט פֿון „ראָף ראַידערס", כוואַטסקע, קונציגע רייטערס, וועלכע ער האָט צוזאַמענגענומען אױף די גרױסע אָקסען-פֿאַרמס פֿון דעם „ווילדען וועסט". ער האָט זיי אָרגאַניזירט אַלס אַ קאַוואַלעריע רעגימענט און איז מיט זיי געגאַנגען אין שלאַכטפֿעלד. דאַן האָט ער דאָס באַקומען דעם טיטול „קוירנעל" (פּאָלקאָווניק). ביי די נעקסטע וואַהלען אױף גאָווערנאָר האָבען די רעפּובליקאַנער פֿון ניו יאָרק איהם אַלזאָ אַרױסגעשטעלט פֿאַר זייער קאַנדידאַט. מיט עטליכע יאָהר שפּעטער איז ער עלעקטעד געוואָרען פּרעזידענט פֿון די פֿאַראײניגטע שטאַאַטען. און אַלס פּרעזידענט איז ער דערנאָך געוואָרען אײנער פֿון די לעבעדיגסטע און שטורעמדיגסטע פֿיגורען אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקא.
[ז׳ 170] דאָס האָט געהייסען: קײן האָפֿנונג איז טאַקע ניטאָ, אָבער וואָס לײגט מען צו, אַז ביז דער לעצטער מינוט פּרעטענדירט מען אַז מען האָט געוואונען?
[ז׳ 173] אַ „ביט" אָדער אַ „סקופּ" הייסט ווען אײן צייטונג האָט אַ באַריכט, אַ מעלדונג, וועלכע קײן אַנדער צייטונג האָט ניט. „ביט" הייסט אײגענטליך שלאָגען, באַזיגען.
[ז׳ 182] עטליכע יאָהר שפּעטער האָט אַ משוגענער געשאָסען אױף איהם. סײדזש האָט זיך גערעטעוועט דורך דעם וואָס ער האָט זיך פֿאַרשטעלט מיט דעם קערפּער פֿון אײנעם וואָס איז געשטאַנען דערביי. יענער איז שטאַרק פֿאַרוואואנדעט געוואָרען און שפּעטער האָט ער ביי דעם פֿילפֿאַכען מיליאָנער געמאָנט שאָדען-ערזאַץ. דער אױף אײביג געשעדיגטער איז געווען אַן אָרימאַן. דאָך האָט סײדזש די קיים באַקעמפֿט מיט אַלע קרעפֿטען און דער אונגליקליכער האָט פֿאַרלױרען. נאָך סײדזש'עס טױט האָט זיין אלמנה אױסגעגעבען ריזיגע סומען אױף צדקה אַנשטאַלטען און אַנדערע פֿילאַנטראָפּישע צוועקען.