בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

זיבעטער קאַפּיטעל

ליטעראַטור

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 189–225 (גאַנצער זיבעטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 189 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
אַ „חתונה אין אידישען קוואָרטאַל".

189אַ פּאָר וואָכען נאָכדעם ווי איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס" (זעה שלום פֿון דריטען באַנד „בלעטער פֿון מיין לעבען"), האָב איך ערהאַלטען אַן אײנלאַדונג פֿון דעם באַסטאָנער זשורנאַל „אַטלאַנטיק מאָנטהלי" צוצושיקען קורצע ערצעהלונגען. אַזאַ בריף איז מיר דאַן געווען זעהר ווילקאָמען. אָבער נעמען זיך גלייך צו דער אַרבייט האָב איך ניט געקענט. איך בין נאָר געווען צורודערט, אױפֿגערעגט. און אַביסעל שפּעטער, ווען איך בין שױן געווען אין „קאָממוירשעל אַדווערטײזער", און ווידער אין גוטע שטימונגען, האָב איך אױך ניט געקענט זיך גלייך נעמען צו בעלעטריסטיק. מיינע נייע ערפֿאַהרונגען אַלס רעפּאָרטער און רעדאַקטאָר האָבען מיך בוכשטעבליך פֿאַרשלונגען. אַזױ, האָב איך זיך פֿאַר אַ סקיצע גלייך ניט גענומען. איך האָב אַלץ אָפּגעלייגט.

ווען אַ זאַך פֿאַראינטערעסירט מיך, פֿאַרנעמט זי מיין גאַנצע אױפֿמערקזאַמקייט. איך האָב געהאַט טהעמאַס פֿאַר סקיצען. אָבער נעמען זיך שרייבען בעלעטריסטיק האָב איך אַלץ אָפּגעלייגט. טאָמער האָט דער בולעטין-פֿענסטערעל פֿון פּאָלים העדקוואָרדערס אָנגעוויזען עפּעס אױף אַן אינטערעסאַנטער פּאַסירונג ערגעץ-וואו, פֿלעג איך לױפֿען אַהין, קוקען, פֿאַנאַנדערפֿרעגען, אַריינדרינגען און פֿאַרצייכענען. און שפּעטער, אין מיינע פֿרייע190שטונדען, אַמאָל ווידער געהן אַהין, הגם מיט מיינע פֿליכטען צו דער צייטונג האָט שױן דאָס ניט געהאַט צו טאָן.

אין יענע טעג בין איך געווען מעהר לעבענס-בעאָבאַכטער ווי שריפֿטשטעלער. פֿאַר דער צייטונג האָב איך געשריבען פֿילע קליינע סקיצען, אָבער זיי זיינען געווען אין דער פֿאָרמע פֿון באַריכטען, דורכגעוואָרפֿען מיט ברעקלעך קאָליר, מיט אַ שטריך דאָ, אַ שטריך דאָרטען. דיזע אַרבייט מיינע האָב איך באַטראַכט בלױז אַלם מאַטעריאַל פֿאַר צוקונפֿטיגע ליטעראַרישע טעטיגקייטען. אינטערעסירט האָט זי מיך אָהן אַ שיעור.

אָבער דער „אַטלאַנטיק מאָנטהלי" איז געווען אײנער פֿון די עלטסטע און וויכטיגסטע זשורנאַלען אין אַמעריקא (מיט אײניגע יאָהר פֿריהער איז זיין רעדאַקטאָר געווען האועללס). צו האָבען אין איהם אַן ערצעהלונג וואָלט געווען וויכטיג פֿאַר מיין ווייטערער ליטעראַרישער קאַריערע. אַלזאָ, האָב איך זיך ענדליך אָנגעטאָן אַ כח און זיך גענומען עפּעס אױפֿשרייבען פֿאַר איהם. דער רעזולטאַט איז געווען אַן ערצעהלונג אונטער דעם נאָמען „ע ג ה ע ט ט אָ ווע ד ד י נ ג" (אַ חתונה אין אידישען קוואָרטאַל).

די געשיכטע קומט פֿאָר אין דער צייט פֿון דעם גרױסען עקאָנאָמישען קריזיס פֿון 1893. אַ פֿאַרליבטע פּאָרעלע באַשליסט זיך צו הײראַטען, טראָץ זייער שלעכטער מאַטעריעלער לאַגע. פֿון אַ „פֿרייוועט וועדדינג" — אַ שטילע חתונה, אין אַ פּריוואַטער וואױנונג, און אָהן אַ פֿאָראַדנעם סאַפּער, — וויל די כלה אָבער ניט הערען; און ווען מען זאָל מאַכען אַן „אַנשטענדיגע" חתונה, וועט ניט זיין מיט וואָס צו קױפֿען פֿוירניטשור (מעבעל). קלערט זי, און חשבון'ט, ביז זי פֿאַלט אױף אַ פּלאַן: זיי וועלען מאַכען אַן „אַנשטענדיגע" חתונה. אי פֿוירניטשור? וועלען דאָס די מחותּנים שױן קױפֿען וועדדינג פּרעזענטס, ווי עס פֿיהרט זיך געוועהנליך: נאָהענטע קרובים און פֿריינד פֿרעגען אַפֿריהער אױס וואָס דאָס פֿאַר פּאָלק דאַרף האָבען אין שטוב; מען רעדט זיך צוגױף צווישען זיך און מען שיקט אַריין — דער אַ ביוראָ, יענער אַ סעט פֿוירניטשור, און אַזױ ווייטער. ווען מען זאָל אָבער מאַכען אַ „פֿרייוועט וועדדינג", און כמעט קיינעם ניט191אײנלאַדען, וועט ניט זיין קיין וועדדינג פּרעזענטס. קורץ, חתן כּלה האָבען נאָר געקױפֿט אַ פֿאָר שטיקלעך פֿוירניטשור, די נױטיגסטע, גערונגען אַ האָל, געמאַכט אַלע צוגרייטונגען צו אַ חתונה „ווי ביי לייטען", אַרױסגעשיקט אײנלאַדונגס-קאַרטען, און מיט פֿולסטע רוּם געוואַרט אױף די מתּנות.

עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז זיי האָבען געמאַכט דעם חשבון אָהן דעם באַלעבאָס, און דער באַלעבאָס אין דיזען פֿאַל איז געווען דער קריזיס. די זעלבע שווערע צייטען, איבער וועלכע די פֿאָר פּאָלק האָט ניט געהאַט אױף פֿוירניטשור, האָבען געשטערט די מחותּנים צו קומען צו דער חתונה. דאָס רוב פֿון זיי זיינען שױן לאַנג אומגעגאַנגען אָהן אַרבייט, און זיי האָבען זייערע אײגענע זאַכען פֿאַרזעצט. און ווי אַזױ געהט מען אױף אַ חתונה אָהן אַ פּרעזענט? איז מען ניט געגאַנגען.

ביים סאַפּער זיינען געשטאַנען לאַנגע טישען מיט לאַנגע צײלען טעלער און גאָפּעל-מעסער. קלעזמער האָבען געשפּילט; געווען אַ בדחן, קיין עולם אָבער ניט. אַ פּאָסטער, לאַנגער עס-זאַל מיט לײדיגע בענק און בליסטשענדיגע לײדיגע טעלער.

עס ווערט געשילדערט דער טראַגישער עפּעקט פֿון דער סצענע, און וואָס פֿאַר אַ ווירקונג דאָס האָט אױף דער כּלה. צום ענד ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי נאָך'ן סאַפּער געהט די נידערגעשלאָגענע פֿאָר פּאָלק אַהיים, אין זייערע פּוסטע רומס.

ווידער אַ טרױעריגער ענד אַלזאָ. איך האָב שטאַרק געצווייפֿעלט צי מען וועט די ערצעהלונג אָננעמען. איך האָב געצווייפֿעלט נאָך אײדער איך האָב איהר אױפֿגעשריבען. די טהעמע האָט מיך אָבער אינטערעסירט, און אַנדערש אױפֿבױען די ערצעהלונג ווי איך האָב דאָ איבערגעגעבען, וואָלט געווען אונמעגליך. איהר טראַגישער סוף איז איהר קינסטלערישער עיקר.

איך האָב געהאַט אַן אַנגענעהמען סורפּריז, אַזױ ווי מיט „סױרקאַמסטענסעס". ניט נאָר האָט די רעדאַקציע פֿון „אַטלאַנטיק מאָנטהלי" די ערצעהלונג צוגענומען, נאָר דער בריף, וועלכען איך האָב פֿון איהר באַקומען וועגען דעם, האָט ענטהאַלטען ווערטער פֿון אמת'ע באַגייסטערונג.

192און נאָכדעם ווי די ערצעהלונג איז ערשינען אין דעם זשורנאַל (אין דעם פֿעברואַר נומער, 1898) האָב איך ערהאַלטען עטליכע בריף פֿון אַנדערע פּערזאָנען פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור וועלט, אַלץ מיט קאָמפּלימענטען פֿאַר דער „גהעטטאָ וועדדינג". אײן בריף אַזעלכער איז געווען פֿון האועלסס'ן, אַ צווייטער פֿון סטיווען קרעין'ען, און די איבעריגע פֿון שריפֿטשטעלער, מיט וועלכע איך בין פּערזענליך באַקאַנט ניט געווען.

עס זיינען אָנגעקומען נייע אײנלאַדונגען פֿון עטליכע זשורנאַלען. וואָלטער ה. פּיידזש, דער דאַמאָלסדיגער רעדאַקטאָר פֿון דעם „אַטלאַנטיק מאָנטהלי", האָט געבעטען איך זאָל איהם צושיקען נאָך זאַכען.

2
„דער אימפּאָרטירטער חתן".

איך האָב זיך גענומען שרייבען אַ צווייטע ערצעהלונג פֿאַר איהם. דער פּלאַן איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: עזריאל, אַן אַלטער אידישער אימיגראַנט, אַ רייכער אלמן, אָבער אַ פּראָסטער מענש, וואױנט שױן לאַנג אין אַמעריקא און האָט אַן אײנציגע טאָכטער, אַן אַמעריקאַנער געבאָרענע. ער פֿאָהרט באַזוכען זיין אַלטע היים אין אַ שטעדטעל ערגעץ-וואו אין ליטא. אין דער צייט וואָס ער געפֿינט זיך אין זיין געבױרטפּלאַץ ברענגט מען אַהין אַ חתן פֿאַר דער טאָכטער פֿון דעם גרעסטען באַלעבאָס — אַ בחור'ל אַן עלוי, אַ שעהנער אינגעל און אַ שטיפּער.

עזריאל איז אַ פּראָסטאַק, אָבער אַ איד מיט כאַראַקטער און מיט שטאָלץ. אין זיין געבױרטס-פּלאַץ האָט ער געהערט צו דעם אָרימסטען קלאַס, און היינט איז ער אַן אונווויסענדער מענש מיט אַמעריקאַנער שטייגער, מיט אַמעריקאַנער אונטערנעהמונגס-גייסט און מיט דער העזה פֿון אַן אַמעריקאַנער אימיגראַנט פֿון זיין טיפּ. דער פֿיינער באַלעבאָס, ווידער, וועלכער וויל נעמען דעם עלוי פֿאַר אַן אײדעם, איז אַ פֿיינער באַלעבאָס אין דעם היימישען זין193פֿון דעם וואָרט: ניט נאָר אַ נגיד, נאָר אַ למדן אױך, אַ שעהנער איד. ער איז די העכסטע פֿערזענליבקייט אין שטעדטעל.

פֿאַרגלוסט זיך עזריאל'ן ביי דיזען יחסן אױסצוכאַפֿען דעם אײדעם. עס קומט פֿאָר אַ מין „אָקשאָן" (אױקציאָן). עס איז אַ פֿראַגע, ווער עס וועט געבען מעהר נדן, און — עס פֿאַרשטעהט זיך, — עזריאל שטייגט יענעם אַריבער.

ער ברענגט דעם עלוי אַהיים צו זיין אַמעריקאַנער מיידעל. עס קומען אַרױס קאָמישע סיטואַציעס. דער „גרינער" איז אָבער אַ פּיקאַנטער באָי, און אַ שעהנער אױך.

דער יונגערמאַן הויבט אָן צו לערנען ענגליש. די מיידעל לערענט איהם אױסרײדען ענגלישע ווערטער. צוערשט מאַכט זי חוזק פֿון איהם. זי אינטערעסירט זיך אָבער מיט איהם. זיינע פֿעהיגקייטען, זיין כוואַטסקער מאַניער, זיין שעהנער פּנים און זיין בחור'שע לוסטיגקייט באַזיגען איהר אײגענטליך אױפֿ'ן שטעל. עס איז חתונה.

דער אימפּאָרטירטער אײדעם אַמעריקאַניזירט זיך און ענטוויקעלט זיך. און עזריאל זעהט זיך אַרום, אַז דער חתן, וואָס ער האָט אַראָפּגעבראַכט פֿון זיין אַלטער היים, איז גאָר ניט אַזאַ „מציאה" ווי ער האָט געמיינט. בשעת ער האָט דעם עלוי אױסגעדונגען ביי דעם פֿיינעם באַלעבאָס, האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דער בחור'ל וועט פֿאַר איהם זיין אַ צירונג, אין דעם אַלט-מאָדישען זין פֿון דעם וואָרט. ער וועט זיך מיט איהם באַריהמען פֿאַר די אַנדערע אידען פֿון זיין אָרטאָדאָקסישער ניו יאָרקער שוהל. ער וועט אין איהם האָבען אַן אײדעם אַ בן תּורה אױף דער וועלט, און אַזױ גוט ווי אַ קדיש, ווען ער, עזריאל, וועט זיך שױן געפֿינען אױף יענער וועלט. צייגט זיך גאָר אַרױס, אַז דער יונגערמאַנטשיק איז אין ניו יאָרק געוואָרען „אױס איד" — אַן „אױפֿגעקלערטער", אַ „היינט-וועלטיגער", אַן אפּיקורס!

פֿאַראַן אין דער ערצעהלונג אַ סצענע, ווי עזריאל שפּאַצירט זיין אײדעם בשעת דער יונגערמאַן געהט אַריין אין אַ קריסטליכען רעסטאָראַן. נעהענטער צום סוף פֿון דער ערצעהלונג איז פֿאַראַן אַזאַ סצענע: עס איז שפּעט ביינאַכט, דער יונגערמאַן געפֿינט זיך אין דער געזעלשאַפֿט פֿון אינטעליגענטע רוסישע194אימיגראַנטען און אַ פּאָר קריסטען, אַלע פֿאָרטגעשריטענע, דענקענדע מענשען, און זיין פֿרױ קומט איהם רופֿען אַהיים.

זי ליבט איהם, עזריאל'ס טאָכטער, אָבער צופֿרידען מיט איהם איז זי ניט. זי איז צו ווייניג געבילדעט, און לױט איהר באַגריף און געשמאַק, געהט ער עפּעס אױף אַ זאָנדערבאַרען וועג. ער חבר'ט זיך ניט מיט דעם זאָרט יונגע לייט פֿון איהר וועלט — מיט קאָסטאָם-פּעדלערס, סטאָרקיפּערס — נאָר עפּעס מיט מענשען וואָס לייענען ביכער און רײדען רק וועגען ביכער, אפּיקורסים, עפּעס אַ מין פֿילאָזאָפֿען.

עס איז אַרױסגעקומען אַ סך מעהר ווי אַ קורצע ערצעהלונג. איך האָב געהאָפֿט, אַז פּיידזש וועט איהר אפֿשר דרוקען אין פֿאָרטזעצונגען. ער האָט מיר אָבער ערקלערט, אַז צו ערצעהלונגען וואָס זאָלען געהן אין עטליכע פֿאָרטזעצונגען פֿאָדערט זיך אַן אַנדער סאָרט ליטעראַטור (ער האָט ניט אַרױסגעזאָגט. איך האָב אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז ער מיינט אַ ראָמאַן פֿון דעם „העכערען" אַמעריקאַנער לעבען, אָדער פֿון סענסאַציאָנעלע פּאַסירונגען), און ער האָט מיר געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג: „דער אימפּאָרטירטער חתן", צוזאַמען מיט דער „גהעטטאָ וועדדינג", מיט נאָך עטליכע קורצע ערצעהלונגען צו דרוקען אין אַ בוך.

ווי עס איז שױן דערמאָנט געוואָרען, האָט דער „אַטלאַנטיק מאָנטהלי" געהערט (און געהערט נאָך היינט) צו דער באַרימטער פּאָבלישינג פֿירמע הוטאָן, מיפֿלין ענד קאָמפּאַני, און פּיידזש איז דאַן געווען דער „ליטעראַרי עדוויזער" (ליטעראַרישער ראָטגעבער) פֿון דער פֿירמע'ס פֿאַרלאַג, אַזױ גוט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון איהר זשורנאַל.

איך האָב געפּרוּפֿט דעם מאַנוסקריפּט שיקען צו אַ פּאָר אַנדערע רעדאַקציעס. ביידע האָבען איהם געוואָלט אָננעמען, אָבער ביידע מיט דער באַדינגונג, אַז איך זאָל איהם שטאַרק פֿאַרקירצען — אײנער (דער „קאָסמאָפּאָליטען"), ביז צעהן אָדער צוועלף טױזענד ווערטער, און דער צווייטער („סקריבנער'ס", דאַכט זיך), ביז פֿופֿצעהן טױזענד. ביידע האָבען געוואָלט די ערצעהלונג דרוקען אין צוויי פֿאָרטזעצונגען.

3
מיין צווייטער בוך.

195איך האָב זיך באַשלאָסען צו דרוקען די ערצעהלונג, לױט פּיידזש'עס פּלאַן, אין אײן בוך מיט עטליכע אַנדערע ערצעהלונגען. די פֿראַגע איז געווען צו וועלכען פּאָבלישער איך זאָל דאָס שיקען — צו די אַפּעלטאָנס אָדער צו דער באָסטאָנער פֿירמע. אַזױ ווי פֿון דער לעצטער איז געקומען דער פֿאָרשלאַג, און אַזױ ווי חוץ איהר באַרימטען פֿאַרלאַג האָט זי געהאַט אַ באַרימטען ליטעראַרישען זשורנאַל, איז דער גורל געפֿאַלען אױף איהר.

דער בוך איז ערשינען אונטער דעם נאָמען „די אימפּאָרטעד ברײדגרום ענד אָדהער סטאָריס" (דער אימפּאָרטירטער חתן און אַנדערע ערצעהלונגען). צווישען די קלענערע ערצעהלונגען ענטהאַלט ער, אַ חוץ די „גהעטטאָ וועדדינג", „דהי פּראָווידענשאַל מעטש" און „ע סוועטשאַפּ ראָמענס".

די ערשטע צוויי ערצעהלונגען אין דער זאַמלונג („דהי אימפּאָרטעד ברײדגרום" און „דהי גהעטטאָ וועדדינג") זיינען ניט אין ערך בעסער ווי די אַנדערע צוויי. די לעצטע צוויי וואָלט איך היינט אין מיינער אַ זאַמלונג ניט איינגעשלאָסען. דער אונטערשייד צווישען די צוויי פּאָר שטאַמט פֿון דעם אונטערשייד צווישען מיין ליטעראַרישען באַגריף אין 1895 און אין 1898. איבעריגענס איז „יעקל", וועלכער איז ערשינען אין 1896, פּונקט אַזױ ווייט פֿון „ע פּראָווידענשאַל מעטש" ווי „דהי אימפּאָרטעד ברײדגרום".

אײן יאָהר נאָך דעם ווי „ע פּראָווידענשאַל מעטש" איז ערשינען האָב איך זיך געוואונדערט, ווי אַזױ אַזאַ קינדערשע זאַך האָט געקענט אַרױסגעהן פֿון מיין האַנט. פֿאַרוואָס איך האָב איהר איינגעשלאָסען אין מיין באַנד ערצעהלונגען, איז פֿאַר מיר איצט אױך אַ רעטעניש.

די קריטיקען זיינען אַלע געווען גינסטיגע.

196פֿאַר מיר ליגט אַן אַלטער קליפּינג (אױסשניט) פֿון דעם שיקאַגאָ'ער „רעקאָרד", פֿון דעם 21-סטען אַפּריל, 1898, וועלכער ענטהאַלט אַן איבערבליק איבער דעם ווערק. דער קריטיקער זאָגט, אַז די ערצעהלונגען זיינען „פֿול מיט קאָליר, מיט הומאָר און מיט אידישען אומעט". אַז זיי זיינען „אײנפֿאַך און נאַטירליך און ווייזען אַרױס אַ טיפּע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער מענשליכער נאַטור". דער בוך ווייזט, אַז אין זיין פֿאַרפֿאַסער האָבען מיר אַ שריפֿטשטעלער מיט פֿיינע פֿאָרשפּרעכונגען", און אַז די „ליטעראַרישע וועלט וועט זיין צוקונפֿט נאָכפֿאָלגען מיט אינטערעס".

אין דעם אָקטאָבער בוך, 1898, פֿון דעם ליטעראַרישען זשורנאַל „די בוקמען", שרייבט דער קריטיקער (מאַרקאָססאָן) צוליב מיין בוך אַ גאַנצען אַרטיקעל איבער שדכנים — ווי אַזױ זיי האָבען זיך ענטוויקעלט, און ער באַמערקט אַז איך האָב „אױף אַ וואונדערליכען שטייגער פֿאָרגעשטעלט די אינטערעסאַנטסטע פֿאַרפֿלאַנטערונגען, וועלכע קומען אַרױס אין די אידישע שדוכים פֿון אַמעריקא". אױך זאָגט ער, אַז איך האָב „גלענצענד אַרױסגעבראַכט די נייע באַדינגונגען אין אַמעריקא, וואו שדוכים ווערען ניט געשלאָסען אױף דעם אַלטמאָדישען אופֿן, ווי אין די אַלטע היימען, וואו דער שדכן שפּילט נאָך זיין אַלטע ראָלע".

כאַראַקטעריסטיש איז אַ קריטיק וועלכע איז ספּעציעל גע-שריבען געוואָרען פֿון אַ „יהודי" פֿאַר „יהודים". זי איז ערשינען אין דעם „אַמעריקאַן היברו" פֿון דעצעמבער 9, 1898. עס האָט אױף מיר געמאַכט דעם איינדרוק אַז דער שרייבער איז דער זעלבער ווי דער וואָס האָט אַרונטערגעריסען „יעקל". איצט האָט ער אָבער געביטען זיין טאָן. אױף „יעקל" האָט ער געזאָגט, אַז אין איהם איז ניטאָ קיינע „וואָרט-בילדער". אין מיין נייעם בוך זיינען יאָ פֿאַראַן „וואָרט בילדער" — האָט ער ערקלערט. — און אַז איך „פֿאַרבעסער זיך שטאַרק אין מיין קונסט, און אַז איך וועל וועלען ווערען באַרימט".

4
„די משומדת'טע פֿון טשעגאָ-טשעג". — „ר' אליעזר'ם קריסטמעס".

197איך וועל דאָ איבערגעבען דעם אינהאַלט און כאַראַקטער פֿון נאָך עטליכע פֿון די ערצעהלונגען, וועלכע איך האָב געשריבען אין יענע יאָהרען, און וועלכע זיינען ערשינען אין די אַמעריקאַנער זשורנאַלען.

דער „סענטשורי מעגעזין" איז דאַן געשטאַנען אױף דער העכסטער שטופֿע. עס איז אומגעגאַנגען אַ ווערטעל: „די עפּיסקאָפּאַל טשוירטש איז די קאָרעקטסטע קירכע און דער „סענטשורי מעגעזין" דער קאָרעקטסטער זשורנאַל". דאָס הייסט, אַז די „העכסטע" פֿאַמיליען פֿון אַמעריקא האָבען געהערט צו דער עפּיסקאָפּאַל טשוירטש און געלעזען דעם „סענטשורי מעגעזין".

די וויכטיגסטע שריפֿטשטעלער האָבען אָנטייל גענומען אין דעם „סענטשורי מעגעזין". גראָד אין דער צייט וועגען וועלכער איך רייד דאָ, איז האועללס געווען פֿאַרבונדען מיט „האַרפּער'ס", אָבער פֿריהער האָט ער געשריבען אין „סענטשורי". דער רעדאַקטאָר פֿון דעם „סענטשורי" איז געווען דער פֿאָעט ריטשאַרד וואָטסאָן גילדער.

אין דיזען זשורנאַל האָב איך געהאַט אַן ערצעהלונג אין דעם נאָוועמבער בוך 1899. דער נאָמען פֿון דער ערצעהלונג איז געווען „די אַפּאָסטייט אָוו טשעגאָ-טשעג" (די משומדת'טע פֿון טשעגאָ-טשעג).

טשעגאָ-טשעג (אַן אױסגעטראַכטער נאָמען) איז אַ דערפֿעל אױף לאָנג אײלאַנד, ביי אַ שטונדע רייזע מיט'ן באַן פֿון ניו יאָרק. ער איז הױפּטזעכליך באַוואױנט פֿון פּאָליאַקען, פּױלישע פֿאַרמערס אָדער פּױלישע אַרבייטער פֿון דערבייאיגע פֿאַבריקען. ווען זייערע אַמעריקאַנער שכנים הערען ווי זיי רײדען פּױליש, דוכט זיך זיי אַז יעדער וואָרט ענדיגט זיך אױף „עגאָ", „טענגאָ" אָדער „טשענגאָ". אַזױ קלינגט דאָס זיי, דעריבער האָבען זיי די שטעדטעלע אַ נאָמען געגעבען „טשעגאָ-טשעג".

דאָרטען געפֿינט זיך אַ יונגע פֿאָר פּאָלק, פֿון וועלכע דער198מאַן אַז אַ פּאָליאַק, אַ קאַטאָליק, און די פֿרױ אַ אידישע טאָכטער. זי האָט זיך אין איהם פֿאַרליבט אין דער היים. זי האָט זיך גע'שמד'ט און זיי זיינען אַוועקגעפֿאָהרען קיין אַמעריקא. דאָ בענקט זי אַהיים, און אױך נאָך דעם אידישען לעבען.

ניט ווייט דערביי איז פֿאַראַנען אַ פּלאַץ, וואו עס וואױנען אידען, און אײנער פֿון זיי, אַ יונגערמאַן אַ למדן, אַביסעל אַ „קרענק", געהט אָפֿט דורך „טשעגאָ-טשעג". ער צורעדט זיך מיט איהר און ער דערוויסט זיך אַז זי איז אַ געטױפֿטע אידישע טאָכטער. און הגם זי האַלט אַ בייבי אױף די הענט, פֿאַראינטערעסירט ער זיך אין איהר. מען הויבט אָן צו שמועסען וועגען איהר אומקערען זיך צו דער אידישער אמונה און חתונה האָבען מיט דיזען אימיגראַנט. זי קומט אין ניו יאָרק זיך באַראָטען מיט אַ רב. זי פֿרעגט איהם ווי זי זאָל זיך מגייר זיין.

דער רב ענטפֿערט איהר, אין אַ הומאָריסטישען טאָן, אַז, ווי ער זעהט, איז זי ניט קיין למדן, וואָרים לױט דער אידישער אמונה, איז זי קיין מאָל ניט געווען אױס אידיש-קינד, און האָט זיך ניט וואָס מגייר צו זיין. דער אידישער גאָט איז ניט אַזאַ סאָרט ביזנעסמאַן, וואָס ערלױבט אַ קאַסטאָמער חרטה צו האָבען אױפֿ'ן געשעפֿט. אײן מאָל אַ איד, איז פֿאַרפֿאַלען! אי זי האָט זיך גע'שמד'ט און לעבט מיט אַ גוי? — הײסט עס אַז זי זינדיגט! זאָל זי תּשובה טאָן און ווידער לעבען ווי אַ אידיש קינד! דאָס איז אַלץ, וואָס מען פֿאָדערט פֿון איהר.

און וואָס איז מיט איהר מיידעלע?

ענטפֿערט איהר דער רב, אַז מיט דער מיידעלע איז נאָך ווייניגער טראָבעל ווי מיט איהר אַליין, וואָרים זי האָט אפֿילו ניט געזינדיגט. די מיידעלע האָט זיך מיט איהר וויסען ניט גע'שמד'ט. נאָך דעם אידישען דין איז זי אױך אַ אידישע טאָכטער. ווען אַ פֿאָטער אָדער אַ מוטער איז אַ אידיש-קינד, זיינען די קינדער פֿון דער הײראַט אױך אידען. רײדענדיג האַלב אױף שפּאַס, ענדערט דער רב דער מיידעלע'ס קריסטליכען נאָמען אױף אַ אידישען, וועלכער קלינגט עהנליך.

ווען די משומדת'טע הערט אַז איהר טאָכטער איז גאָר ניט קיין „שיקסעלע", נאָר אַ אידיש-קינד, צואווייניט זי זיך פֿון199פֿריהליכער איבעראַראַשונג, קושט איהר קינד און רופֿט איהר מיט דעם אידישען נאָמען.

עס פֿאַראינטערעסירען זיך אידישע ווייבער. מען פֿאָדערט אַרום איהר. מען גרייט איהר צו צו דער גרױסער ענדערונג. אין אַמעריקא קען זי אָבער מיט קיין אַנדערען ניט הייראַטען. דאָס געזעץ אַנערקענט ניט קיין פֿראַגען פֿון רעליגיע און ווייסט נאָר אײן זאַך: זי האָט אַ מאַן, און ווען זי זאָל חתונה האָבען מיט אַ צווייטען, וועט דאָס זיין „ביגאַמי" (האָבען צוויי פֿרױען אָדער צוויי מענער) — אַ פֿאַרברעכען פֿאַר וועלכען מען באַשטראָפֿט מיט פֿינף יאָהר טורמע. אַלזאָ, וועט זי און איהר אידישער חתן אַוועקפֿאָהרען קיין ענגלאַנד, וואו קיינער קען זיי ניט, און דאָרטען וועלען זיי הייראַטען און לעבען ווי דער אידישער גאָט האָט געבאָטען.

אין דער הויז פֿון אײנער פֿון די פֿאַראינטערעסירטע אידישע ווייבער איז אַ יאַריד. שיפּס-קאָרטען זיינען פֿאַרטיג. אַלץ איז גרייט צו דער רייזע. דער דאַמפּפֿער דאַרף אַוועקגעהן דעם זעלבען טאָג. אָט וועט די גאַנצע קאָמפּאַניע מיט חתן-כּלה פֿאָהרען קיין ניו יאָרק, צום שיף. עס איז אַ טומעל, אַ נערוועזע אײלעניש, אַ ציטערניש. דער משומדת'טעס מאַן איז אין פֿעקטאָרי, ביי זיין אַרבייט, אָבער ווענט האָבען אױערען... טאָמער דערוויסט ער זיך?...

פּלוצלונג — וועה געשריען! דורכ'ן פֿענסטער דערזעהט מען ווי דער „גוי" געהט.

ער האָט דערשפּירט, אַז זיין פֿרױ איז ניט די זעלבע ווי אימער. זי איז עפּעס צורודערט, אונגאַסטירליך. ספּעציעל שטאַרק איז דער דאָזיגער איינדרוק געווען דיזען פֿריהמאָרגען, ווען ער האָט זיך געקליבען צו דער אַרבייט. ער האָט ניט געקענט רוהען אין שאַפּ.

ער האָט אַוועקגעוואָרפֿען אין מיטען דער אַרבייט, און אָט געהט ער איצט אַהיים זעהן וואָס זי טוט.

די ווייבער האָבען געגעבען אײנע די אַנדערע סיגנאַלען עס זאָל זיין „שאַ". מען האָט פֿאַרהאַלטען דעם אָטעם. אָבער די200משומדת'טע אַליין האָט זיך אױפֿגעפֿיהרט זאָנדערבאַר. אַנשטאָט אױך צו פֿאַרשטיקען איהר אָטעם און זיין אונרוהיג, טאָמער ווערט געשטערט דער פּלאַן, און זי וועט ניט קענען געהן צו דער שיף, האָט זי פּלוצלונג אױסגעשריען אַז זי האָט קיין האַרץ ניט איהם איבערצולאָזען! און, צו אַלעמענס ערשטוינונג, איז זי אַרױסגעגאַנגען פֿון שטוב און אַוועק מיט'ן מאַן אַהיים.

ער איז טאַקע אַ גוי, און זי איז טאַקע אַ משומדת'טע, אַ פֿאַרפֿלוכטע, אַ פֿאַרשאָלטענע. זי האָט דעם גוי אָבער ליב, און זי איז צוגעוואואינט צו איהם. זי קען איהם ניט פֿאַרלאָזען.

— אַ משומדת'טע בלייבט אַ משומדת'טע! — האָבען די ווייבער געשריען, מיט קללות.

טיילווייז האָב איך די טהעמע (וועגען אַ משומדת'טע וואָס בענקט צוריק נאָך אידען) מיט צוויי יאָהר פֿריהער אױסגענוצט אין „קאָממוירשעל אַדווערטײזער". די דראַמאַטישע זייט פֿון דער געשיכטע איז אָבער דאָרטען ניט געווען. עס איז געווען נאָר זעהר אַ קורצע, ניט-בעאַרבייטע סקיצע.

אין „סענטשורי" איז די ערצעהלונג געווען אילוסטרירט פֿון אַ אידישען מאָהלער מיט'ן נאָמען לאָוב, וועלכער האָט זיך גערעכענט פֿאַר דעם בעסטען קינסטלער אין דיזען פֿאַך. ער האָט געמאַכט עטליכע בילדער — אַלע זעהר טאַלאַנטפֿול געמאָהלטענע. דער לעצטער פֿאַרנעמט אַ גאַנצע פֿיידזש. ער שטעלט פֿאָר ווי דער יונגער פּאָליאַק געהט פֿאָראױס און זיין ווייב געהט איהם נאָך. זיי געהען אַהיים.

ווען די ערצעהלונג איז געווען אָפּגעדרוקט, האָב איך באַקומען פֿון דעם רעדאַקטאָר אַ ספּעציעלען בריף, אין וועלכען עס האָבען זיך געפֿונען פֿאָלגענדע ווערטער: „אײער ערצעהלונג איז אײנע פֿון די מערקווירדיגסטע וועלכע איך האָב ווען עס איז געזעהן אין אַ זשורנאַל. פּראַכטפֿולע קונסט-אַרבייט פֿון אײך מיט'ן פֿעדער און פֿון לאָוב'ן מיט'ן בליישטיפֿט".

די ערצעהלונג איז דערמאָנט געוואָרען אין די ליטעראַרישע נאָטיצען פֿון עטליכע צייטונגען, און מענשען פֿון דער זשורנאַ-201ליסטישער און ליטעראַרישער וועלט האָבען מיך באַגריסט מיט איהר.

עטליכע טעג נאָכדעם ווי די ערצעהלונג איז ערשינען, האָב איך זיך באַגעגענט מיט סעמיועל האָפּקינס עדעמס'ן, וועלכער איז דאַן געווען דער וויכטיגסטער מיטאַרבייטער אין דער „סאָן" און אײנער פֿון די טאַלאַנטפֿולסטע זשורנאַליסטען אין ניו יאָרק. מיר זיינען צוזאַמען געווען אױף אַן עססאַינמענט אין מאָטט סטריט, אין דעם כינעזישען קוואָרטאַל. ס'איז געווען אַ לויה פֿון אַ כינעזער מיט אַ הױכען טיטול און די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אין דעם כינעזישען טעמפּעל.

איך בין מיט עדעמס'ן באַקאַנט געווען פֿון פֿריהער. מיר האָבען צוזאַמען געאַרבייט אױף דער קענעדי קייס. איך האָב געוואואסט, אַז ער איז אײנער פֿון די טאַלאַנטפֿולסטע צייטונגס-מענשען אין ניו יאָרק, און וועגען מיר האָט ער נאָר געוואואסט אַז איך בין אַ רעפּאָרטער אין דעם „קאָממוירשעל אַדווערטײזער".

איצט, ווען ער האָט זיך מיט מיר געטראָפֿען אױף מאָטט סטריט, זיינען זיינע ערשטע ווערטער געווען:

— העלאָו, קאַהאַן, וואָרום האָט איהר מיר ניט געזאָגט וואָס פֿאַר אַ סאָרט קאָסטאָמער איהר זייט? איך האָב איבערגעלייענט אײער ערצעהלונג אין דעם „סענטשורי מעגעזין".

ער האָט גערעדט מיט וואַרימע קאָמפּלימענטען און איך האָב איהם אָפּגעצאָהלט מיט שבחים אױף זיינע גלענצענדע בילדער פֿון דעם מיליטערישען לאַגער, וואו מען האָט פֿאָרזאַמעלט די אַמעריקאַנער אַרמעע ווען זי האָט זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה.

— אַ, דאָס איז אַ גאַנץ אַנדער אַרבייט, — האָט ער אָפּגעענטפֿערט, — דאָס איז צייטונגס-אַרבייט; אײער ערצעהלונג אָבער איז קונסט.

אײן שריפֿט — אַ וואָכען-בלאַט — האָט „די משומדת'טע פֿון טשעגאָ-טשעג" ניט נאָר ניט געלױבט, נאָר אַטאַקירט. דאָס איז געווען דער „אַמעריקאַן איזראַעלייט" פֿון סינסינעטי, דער202ענגלישער אָרגאַן פֿון ראַבביי ווייז, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דעם סינסינעטער ראַבביניקעל קאָלעדזש (ראַבינער-שול). דיזע צייטונג האָט זיך אױף מיר אַרױפֿגעוואָרפֿען מיט זידעל-ווערטער, פֿאַרוואָס איך האָב געשריבען אַזאַ ערצעהלונג. איהר טענה איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען: לױט דעם געזעץ פֿון די פֿאַראייניגטע שטאַאַטען טאָר די משומדת'טע מיט קיין אַנדערען ניט חתונה האָבען, און ביי מיר קומט אױס, אַז לױט דעם אידישען געזעץ מעג זי יאָ. דאָס הייסט, אַז די אידישע רעליגיע אַנערקענט ניט איהר געזעצליכען הייראַט. דער אידישער דין לעהרענט מענשען צו ברעכען די געזעצען פֿון לאַנד, הייסט עס.

פֿאַר אַ „יאָהודים'שע" בלאַט איז דאָס געווען כאַראַקטעריסטיש. די „יהודים" האָבען אימער מורא געהאַט טאָמער וועט מען זאָגען, אַז זיי זיינען ניט טרײ צו אַמעריקא. דער „אַמעריקאַן איזראַעלייט" האָט געזאָגט, אַז „קאַהאַן איז באַרייט צו פֿאַרקױפֿען די אידען פֿאַר דעם פּרייז וואָס מען גיט איהם פֿאַר אַן ערצעהלונג".

דער שרייבער פֿון דער אַטאַקע האָט ערקלעהרט, אַז דאָס וואָס שטעהט אין דעם „אַפּאָסטייט אָוו טשעגאָ-טשעג" אין באַצוג צו דעם אידישען דין איז ניט אמת. מיט אַנדערע ווערטער, אַז איך האָב דעם דין אױסגעטראַכט אום צו קענען צוזאַמענשטעלען מיין ערצעהלונג, אום צו באַקומען די עטליכע דאָלאַר.

דער פֿאַקט איז, אַז אײדער איך האָב זיך געזעצט שרייבען, האָב איך געהאַט אַ געשפּרעך מיט צוויי אָרטאָדאָקסישע רבנים. פֿון זיי האָב איך זיך דאָס ערקונדיגט דעם אמת'ן דין. און דער סינסינעטער „יהודי" האָט דעם דין געלייקענט „אין די אינטערעסען פֿון יודענטום".

אונזערען אַ אידען וואָלט קיין מאָל ניט איינגעפֿאַלען צו ווערען אונרוהיג איבער אַזאַ עניין. און אַמעריקאַנער וואָלטען דעם נעגענשטאַנד אױך ניט געשאַנקען קיין אױפֿמערקזאַמקייט, וואָרים טױזענדער אַמעריקאַנער פֿאַר פּאָלק נאַרען אָפּ די הייראַטס- און גט-געזעצען אום פֿריי צו ווערען צו הייראַטען אַ צווייטען, און ביי זיך אין האַרצען האָט כמעט קיינער ניט דאַנעגעגען.

אין דעם דערמאָנטען ליטעראַרישען זשורנאַל „בוקמען"

203אין דערנאָך געווען אַ נאָטיץ, אין וועלכען עס איז אױסגעדריקט געוואָרען איבעראַראַשונג, פֿאַרוואָס דער „אַמעריקען איזראַעלייט" גלױבט אַז מיין ערצעהלונג קען שאַדען דעם אידישען נאָמען. די רעדאַקציע געפֿינט אַז פֿאַרקערט, זי שטעלט דעם כאַראַקטער פֿון דער העלדין אַרױס אין אַ גוטען ליכט, ווייל עס קומט דאָך אױס, אַז די אידישע פֿרױ (די משומדת'טע) בלייבט טריי איהר מאַן. דער נאָטיץ ענטהאַלט אױך עטליכע פֿריינדליכע ווערטער וועגען דער ערצעהלונג אַלס אַ שילדערונג.

די רעדאַקציע האָט ערהאַלטען אײניגע בריף וועגען דער פֿראַגע. עס איז פֿאָרגעקומען אַ דעבאַטע.

אַ מאָמענט נאָך דעם ווי די „משומדת'טע" איז געווען געדרוקט אין „סענטשורי", איז אַן אַנדער ערצעהלונג מיינע ערשינען אין „סקריבנער'ס מעגעזין", וועלכער האָט געהערט צו דעם זעלבען קלאַס ווי די „סענטשורי". דער נאָמען פֿון דיזער ערצעהלונג איז געווען „ר' אליעזר'ס קריסטמעס" — אַ לייכטע, האַלב-הומאָריסטישע מעשה'לע.

אַן אַלטער, פֿרומער איד, מיט'ן נאָמען ר' אליעזר, באַקומט אַ קריסטמעס פּרעזענט פֿון אַן אַמעריקאַנער כּלל-טוערין. די מתּנה איז איהם ווילקאָמען, אָבער ווי טוט מען דאָ מיט'ן קריסטמעס? אַ גוי'אישקער יום-טוב, און נאָך וואָס פֿאַר אַ גוי'אישקער! דער געבורט פֿון „יוזל" אַליין. רב אליעזר מאַכט אָפּ מיט דער כּלל-טוערין, אַז זי זאָל איהם געבען דעם פּרעזענט נאָך קריסטמעס. ער איז אָבער אונרוהיג, און ער געהט נאָכפֿרעגען אױב זי איז „גוט געלט".

5
אַ „חתונה אָהן דעם חתן". — „ר' אברהם לייב'ס טאָכטער". — „טשעכאַאידזשע פֿון די קעטסקילס". — „דמיטרו און זיגריד".

אין 1899 איז געגרינדעט געוואָרען דער זשורנאַל „עוורי-באָדיס", וועלכער האָט דערנאָך אַ לאַנגע צייט געשפּילט אַ גרױסע ראָלע און האָט דערגרייכט די העכסטע סױרקוליישאָן פֿון204אַלע זשורנאַלען. דער רעדאַקטאָר האָט זיך צו מיר געוואענדעט איך זאָל איהם שיקען ערצעהלונגען פֿון צייט צו צייט. איך האָב צוגעשיקט אַן ערצעהלונג מיט'ן נאָמען „מעררידזש ביי פּראָקסי". דאָס הייסט, אַ חתונה וועלכע קומט פֿאָר אָהן דעם חתן. אַנשטאָדט איהם קומט צו דער צערעמאָניע זיינער אַ פֿאַרטרעטער. אױבען (פֿיידזש 147) איז דערצעהלט געוואָרען ווי איך האָב געזעהן אַזאַ כּלה, ווען איהר אַמעריקאַנער מאַן איז איהר געקומען אָפּנעמען. ווי עס איז שױן באַמערקט געוואָרען, זיינען אַזעלכע פּראָקסי הײראַטען אין איטאַליען ניט געווען קיין זעלטענע זאַך. אַזױ איז דאָס געווען לױט דעם איטאַליענישען געזעץ.

איצט, אַלזאָ, האָב איך אױך אױסגענוצט די דערמאָנטע סצענע פֿאַר אַ ליטעראַרישען צוועק. „מעררידזש ביי פּראָקסי" איז געשריבען געוואָרען אין אַ לייכטערען טאָן. די ערצעהלונג איז ערשינען אין דעם דעצעמבער בוך, 1900.

אין דעם מאַי נומער „קאָסמאָפּאָליטען", 1900, האָב איך געהאַט אַן ערצעהלונג מיט'ן נאָמען „די טאָכטער פֿון ר' אברהם לייב", אין וועלכער עס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַן אלמן מאַכט חתונה זיין אײנציגע טאָכטער. עס ווערט געשילדערט זיין גליק און זיין עלענד דערביי. ר' אברהם לייב איז אַ חזן און די ערצעהלונג ווערט דורכגעפֿיהרט דורך סצענעס פֿון די פֿאַרשידענע אידישע ימים טובים: שבת נחמו, ערב יום כפּור, שמחת תורה, חנוכּה-ליכט בענשען (אין שוהל).

אין אױגוסט, 1901, האָב איך געהאַט אַן ערצעהלונג אין דעם „אַטלאַנטיק מאָנטהלי", אונטער'ן נאָמען „טשעכאַאידזשע פֿון די קעטסקילס". אין די קעטסקיל בערג באַגעגען איך אַן אינטעליגענטען גרוזין. ער איז אױסגעהאָדעוועט געוואָרען אין די קאַווקאָזער בערג, און ער איז אַ גלענצענדער רייטער. אױפֿ'ן פֿערד, גאַלאָפּירענדיג דורך די אַמעריקאַנער בערג, פֿיהלט ער זיך אַזױ ווי אין דער היים. איך רייד מיט איהם אױף רוסיש. אַזױ ווע-205רען מיר באַקאַנט, און ער דערצעהלט מיר אַן אינטימע פּאַסירונג פֿון זיין לעבען.

אײן ערצעהלונג מיינע איז ערשינען אין דעם זשורנאַל „קאָסמאָפּאָליטען" פֿון מאַרטש, 1901. דער נאָמען איז געווען „דמיטרו און זיגריד". דמיטרו איז אַ רומענישער אָפֿיציר, וועלכער האָט געמוזט אַנטלױפֿען פֿון דער היים, ווייל ער האָט געגעבען אַ פּאַטש אַ העכערען אָפֿיציר. און זיגריד איז אַ מיידעל פֿון שוועדען. ביידע ווערען פֿאַרהאַלטען אין דעם אימיגראַנטען סטיישאָן, ווייל זיי האָבען ניט צו וועמען צו קומען. דער אָפֿיציר האָט ווירקליך קיינעם ניט, און די שוועדין ווארט אַלץ אױף קרובים. ביטאָג זיצען זיי צוזאַמען אין דעם „דעטענשאָן פּען" — אַ גרױסער צימער וואו די פֿאַרהאַלטענע אימיגראַנטען פֿאַרברענגען די צייט. זיי קענען זיך ניט צוזאַמענרײדען. ער אינטערעסירט זיך אָבער מיט איהר און זי מיט איהם. דאָס וואָס זיי זיינען ביידע עלענד און פֿאַרצווייפֿעלט, האָט פֿיל צו טאָן מיט דער ענטוויקלונג פֿון דיזען געגענזייטיגען געפֿיהל. צוערשט רײדען זיי אױף דער שפּראַך פֿון בליקען, שמייכלען, צייכענס. דערנאָך געפֿינען זיי אַ מיטעל: זי האָט אַ שוועדיש-ענגלישען און ענגליש-שוועדישען ווערטער-בוך, און ער אַ רומעניש-ענגלישען און ענגליש-רומענישען. דורך דיזע צוויי ווערטער-ביכער געפֿינען זיי ווי-עס-איז די נױטיגע ווערטער, און דאָס איז פֿאַר זיי אַ העכסט אינטערעסאַנטע אונטערהאַלטונג. אַזױ זיצען זיי אָפּ שטונדען-ווייז, אױסגראַבענדיג ווערטער. אַזױ פֿיהרען זיי אָן אַ געשפּרעך. ער ווייזט איהר אין זיין ווערטער-בוך אָן אױף דעם ענגלישען וואָרט, וועלכען ער וויל זאָגען, און זי ווייזט איהם אין איהר דיקשאָנערי אױף איהר ענטפֿער. אױף דיזען אַרט געהט דאָס ווייטער, ביז ער ווייזט איהר אָן דעם וואָרט „לאָוו" (ליבע).*206באַלד באַווייזען זיך איהרע קרובים און מען נעמט איהר צו. שפּעטער לאָזט מען איהם אױך אַרױס. ער האָט אָבער ניט איהר אַדרעס.

ער קריגט אַ דזשאַב. ער ווערט אַ פֿאָטאָגראַפֿער. ער לערענט זיך אױס ענגליש. ער הערט ניט אױף צו זוכען זיין זיגריד.

אײן מאָל, פֿאָהרענדיג אױפֿ'ן עלעוויטעד, האָט ער איהר דורכ'ן פֿענסטער דערזעהן אין דעם טריין וואָס האָט זיך געפֿונען אױף דער אַנדערער זייט. ער האָט געוואָלט אַרױסלױפֿען; די טריינס זיינען אָבער אַוועק, אין פֿאַרקערטע ריכטונגען.

אײן מאָל, אַ יאָהר שפּעטער, האָט ער איהר דערזעהן: זי איז געזעסען אױף אַ „סטופּ", מיט אַ בייבי אױף די הענט.

ער איז צו איהר צוגעגאַנגען. זי האָט איהם אױך דערקענט, און זי האָט שױן אױך געקענט רײדען ענגליש.

זיי האָבען זיך צורעדט. ער איז ביטער ענטוישט געוואָרען — ניט נאָר פֿון דעם וואָס זי האָט שױן אַ בייבי, נאָר אױך אין איהר אַליין. אײדער ער האָט געקענט זיך מיט איהר צוזאַמענריידען, האָט ער געמיינט אַז זי איז אַן אינטעליגענטע מיידעל, וואָרים אין רומעניען, ווען אַ מיידעל קען געברױכען אַ ווערטער-בוך, איז זי אַן אינטעליגענטע. איצט, אַז זיי האָבען שױן געשמועסט, זעהט ער, אַז זי איז אַ גאַנץ אײנפֿאַכע, אונוויסענדע און אונאינטערעסאַנטע פֿרױ. ער פֿיהלט זיך ווי מיט קאַלטע וואַסער אָפּגעגאָסען.

עטליכע יאָהר איז אין אַמעריקא געגאַנגען אַ געוויסע פּיעסע, וועלכע האָט געהאַט אַ גרױסען ערפֿאָלג. אין דיזער פּיעסע געפֿינט זיך אַ סצענע, וואו אַ יונגערמאַן און אַ מיידעל רײדען זיך אין דעם צוויי פֿאַרשידענע שפּראַכען, ווערען באַקאַנט און ערקלערען זיך אין ליבע דורך ווערטער-ביכער. דיזע פּיעסע איז געשריבען געוואָרען אַ היבשע צייט נאָכדעם, ווי עס איז ערשינען „דמיטרו און זיגריד".

אין מערץ, 1891, איז מיינע אַן ערצעהלונג, „דהי פֿאַרט אָוו קאָונט בראַנצעוו", ערשינען אין אַ נייעם זשורנאַל מיט'ן207נאָמען „אײנסלים". איך האָב אױך געהאַט סקיצען אין דעם „קאָממוירשעל" און אין דעם „באָסטאָן טראַנסקריפּט" און אַרטיקלען אין אַזעלכע זשורנאַלען ווי „נאָרטה אַמעריקאַן רעוויו", „אַטלאַנטיק מאָנטהלי" און אַנדערע.

6
ליטעראַרישע לעקטשורס און פֿאָרלעזונגען.

אין פֿאַרלױף פֿון יענע עטליכע יאָהר האָב איך באַקומען עטליכע אײנלאַדונגען פֿון ליטעראַרישע קלובען פֿון פֿאַרשידענע שטעדט צו קומען האַלטען לעקטשורס וועגען ליטעראַטור, פֿאָרלעזונגען פֿון מיינע ווערק, אָדער אױף דינער פֿון אַ „דיינינג קלוב" (אַ קלוב וואָס פֿאַרזאַמעלט זיך אײן אין באַשטימטען אָוונד צו אַ מאָלצייט צוזאַמען און נאָכ'ן עסען צו האָבען אַ דיסקוסיע אָדער הערען אַ פֿאָרטראַג). אײן אײנלאַדונג אַזעלכע איז געקומען פֿון באַלטימאָר, אַ צווייטע פֿון ניו היווען, אַ דריטע פֿון פֿילאַדעלפֿיא, אַ פֿערטע פֿון באָסטאָן.

אַ פֿאָרלעזונג פֿון מיינע ווערק האָב איך אױך געהאַלטען פֿאַר דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער לעקטשור געזעלשאַפֿט „טשאַטאָקווא". דיזע לעקטשורס קומען פֿאָר אין טשאַטאָקווא, פּענסילוויייניא, אין זומער צייט. עס קומט זיך צונױף אַ גרױסער עולם, מיט'ן דאָפּעלטען צוועק צו פֿאַרברענגען די צייט אױף וואַקיישאָן און עפּעס צו לערנען. מען האַלט פֿאָרטראַגען אױף פֿאַרשידענע געגענשטאַנדען. מענשען לױפֿען פֿון לעקטשור צו לעקטשור. דער פּלאַץ זעהט אױס ווי אַ יאָריד.

פֿון שיקאַגאָ האָב איך ערהאַלטען אַן אײנלאַדונג פֿון אַ ליטעראַרישען קלוב, וועלכער האָט פֿאַרלאַנגט צו האָבען אַ דעבאַטע צווישען מיר, אַלם „פֿאָרשטעהער פֿון דער רעאַליסטישער שול", און אַ געוויסען פּראָפֿעסאָר (פֿון ליטעראַטור, דאַכט זיך), אַלם פֿאַרטיידיגער פֿון דער ראָמאַנטישער שול. איך האָב די דעבאַטע אָנגענומען. צוליב געוויסע אורזאַכען איז זי אָבער אָפּגעלייגט געוואָרען, און מעהר האָב איך פֿון דעם סעקרעטער פֿון דעם קלוב ניט געהערט.

לעקטשורס איבער ליטעראַטור און פֿאָרלעזונגען האָב איך אין208פֿאַרלױף פֿון די לעצטע ניינצינגטע יאָהרען אױך געהאַלטען פֿאַר מאַנכע ליטעראַרישע אַמעריקאַנער גרופֿען אין ניו יאָרק, און עטליכע מאָל (אױף אידיש אָדער אױף רוסיש און אײן מאָל אױף ענגליש) פֿאַר אונזערע אימיגראַנטען.

אױף אַ שמועס איבער ליטעראַטור פֿאַר אַ קלײנער גרופֿע אינטעליגענטע אַמעריקאַנער אידען האָט מיך אַמאָל איינגעלאַדען מײן פֿריינד פֿון מײנע „גרינע" יאָהרען, מענועל קורשעדט (זעה צווייטען באַנד, פּיידזש 154-156).

7
טאָן באַגעראָז און וולאַדימיר יאַכעלסאָן.

אײן מאָל, אין 1899, האָב איך דורך דער שטאָדט-פּאָסט באַקומען אַ בריף מיט דער אונטערשריפֿט: טאָן באַגעראָז. דער נאָמען איז מיר געווען אונבאַקאַנט. דער אינהאַלט פֿון דעם בריף איז באַשטאַנען אונגעפֿעהר אין פֿאָלגענדען:

דער שרייבער איז אַליין אַ רוסישער שריפֿטשטעלער, און ער איז איצט דאָ אין אַמעריקאַ אױף אַ געוויסער צייט. ער אינטערעסירט זיך מיט מײן ליטעראַרישער טעטיגקייט און וואָלט וועלען מיט מיר זיך באַגעגנען.

עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז דיזער טאָן באַגעראָז איז אַ באַקאַנטער רוסישער רעוואָלוציאָנער (ער איז געווען דער לעצטער רעדאַקטאָר פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ וואָליאַ"). ער איז דריי יאָהר געזעסען אין דער פֿעטראָפּאַוולאָוסקער פֿעסטונג און דערנאָך אַ יאָהר צעהן געווען פֿאַרשיקט אין די ווייטסטע געגענדען פֿון סיביר. ער איז געקומען אַהער צוזאַמען מיט אַ צווייטען רוסישען רעוואָלוציאָנער, וולאַדימיר יאַכעלסאָן, וועגען וועלכען איך האָב שױן געהאַט געהערט. איך האָב געוואוסט, אַז ער איז געווען פֿאַרבונדען מיט דער גרופֿע פֿון זשעליאַבאָוו, פֿעראָוואָסקאַיאַ און די אַנדערע באַרימטע טעראָריסטען פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ וואָליאַ". יאַכעלסאָן איז געווען פֿאַרשיקט צוזאַמען מיט באַגעראָז'ן. אין דער צייט וואָס זיי האָבען פֿאַרבראַכט אין סיביר, האָבען זיי זיך ביידע באַשעפֿטיגט מיט פֿאָרשונגען וועגען דעם

טאַן באָגאָראַז · װלאַדימיר יאָכעלסאָן
טאַן באָגאָראַז · װלאַדימיר יאָכעלסאָן
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 209)

209לעבען פֿון די האַלב-ווילדע שבטים, וועלכע וואױנען אין דער קאַלטסטער סיביר און וועלכע זיינען אין פֿילע באַציהונגען עגליך צו די עסקימאָסען פֿון אַלאַסקאַ, נאַרד-אַמעריקאַ. זיי זיינען געוואָרען געלעהרטע אין דיזען פֿאַך, און דער נעשאָנעל מוזעאום פֿון ניו יאָרק האָט זיי איינגעלאַדען צו שרייבען אָפֿהאַנדלונגען וועגען זייער שפּעציאַליטעט. ביידע, באַגעראָז און יאַכעלסאָן, זיינען געוואָרען פֿון די מיטעלע יאָהרען; דער ערשטער מיט שװאַרצע האָר, מיט שװאַרצע אױגען, מיט דעם אױסזעהן פֿון אַן אַראַבישען טיפּוס; דער צווייטער מיט אַ געדיכטער בלאָנדער באַרד, מיט אַ זעהר סימפּאַטישען שמייכעל, מיט דעם אַלגעמיינעם אױסזעהן פֿון אַ גוטמוטיגען דייטשען דאָקטאָר אָדער פֿראָפֿעסאָר.

מיט באַגעראָז'ן האָב איך הױפֿטזעכליך גערעדט וועגען ליטעראַרישע ענינים. עס האָט זיך אַרױסגעצייגט, אַז ענגליש לעזט ער פֿריי און פֿאַרשטעהט די שפּראַך גרינדליך. ער איז אַ וועלטמאַן פֿעהיגער און טאַלאַנטפֿולער מענש, און אין די צעהן יאָהר, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין דער ווייטער סיביר האָט ער אַ סך געלעזען און געלערענט; צווישען אַנדערע זאַכען, האָט ער זיך אױסגעלערענט ענגליש און איבערגעלעזען פֿילע ענגלישע ביכער. ער האָט אױפֿגעשריבען אַ רייהע ערצעהלונגען פֿון דעם לעבען אין דעם סיבירישען געגענד, וואו ער איז געווען פֿאַרשיקט.

ער האָט גערעדט וועגען מיינע ערצעהלונגען און אױסגעדריקט פֿאַרדרוס פֿאַרוואָס איימיצער איבערזעצט זיי ניט פֿאַר די רוסישע זשורנאַלען. ער אַליין איז געווען פֿאַרבונדען מיט אַ פּאָר פֿון די בעסטע זשורנאַלען אין פֿעטערבורג, און ער איז געווען זיכער, אַז מען וועט מיינע ערצעהלונגען אין זיי דרוקען מיט פֿאַרגעניגען.

זיין נאָמען אין דער ליטעראַרישער וועלט איז געווען טאָן — אַ פֿאַרקירצונג פֿון נאָטאָן, זיין ערשטער נאָמען.

8
אַ פֿאַרצייכענטער געשפּרעך.

אײן מאָל האָט באַגעראָז מיר דערצעהלט וועגען זיין ערשט — ווי ער איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער צייטונג „נאַראָד210נאַיאַ וואָליאַ", ווי די שפּיאָנען האָבען איהם אַרומגעזוכט אין בער'ן שטאָדט, אין פֿעטערבורג, און ווי זיי האָבען איהם ענדליך געכאַפּט, אױפֿ'ן גאַס. ער האָט זיך געראַנגעלט מיט זיי. זיי האָבען איהם צוגעבונדען און צוריסען דעם ראָק אױף איהם, און איהם אַוועקגעשלעפּט אין אַ טורמע. לױט יענע צייטען און די באַשולדיגונגען געגען איהם האָט דאָס אױסגעזעהן, אַז ער וועט שױן קיין מאָל ניט אָנקוקען די פֿרייע וועלט.

— דערצעהלט מיר ווי איהר האָט זיך געפֿיהלט — האָב איך איהם געבעטען — ווי איז געווען אייער פּסיכאָלאָגישער צושטאַנד, ווען איהר האָט געגלױבט אַז די ווייסע וועלט איז שױן פֿון אייך אױף אייביג אָפּגעשניטען?

ער האָט מיך באַקוקט, אַ שמייכעל געטאָן און געזאָגט:

— נאָר אַ בעלעטריסט, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער מענשליכער נשמה, שטעלט אַזעלכע פֿראַגען.

ניט אַלע וואָס האָבען דורכגעלעבט דאָס, וואָס באַגעראָז האָט דורכגעלעבט, געדענקסען די איינצעלהייטען און קענען זיי גוט איבערגעבען. ניט יעדערער איז אַזױ איינדרוקספֿול און ניט יעדערער האָט אַזאַ קינסטלערישען טעמפּעראַמענט ווי ער.

מיר זיינען געגאַנגען איבער דער צווייטער עוועניו, און ער האָט מיר דערצעהלט. זיינע עראינערונגען האָבען אױף מיר געמאַכט אַ טיפֿען איינדרוק. ווען איך בין געקומען אַהיים, האָב איך אַלץ פֿאַרצייכענט און די נאָטיצען זיינען צווישען די, וועלכע איך האָב אימער געהיט.

„צוערשט האָב איך ווירקליך געפֿיהלט אַז דאָס איז דער טױט" — האָט ער אָנגעפֿאַנגען, — „קיין האָפֿנונג, קיינע ערוואַרטונגען. שקלאַפֿעריי און איינזאַמקייט אױף אייביג, אױף אייביג... אַ לעבעדיגער קבר אין דעם ווירקליכען זין פֿון דעם וואָרט.

„די ערשטע דריי טעג און נעכט בין איך כמעט אין גאַנצען אָפּגעזעסען אױף מיין בעטעל אין אַ מרה-שחורה. ווען מען האָט מיך געבראַכט אױפֿ'ן פֿאָרהער, האָב איך זיך ענטזאַגט צו ענטפֿערען אױף פֿראַגען, און ווען איך בין צוריק אַרייגעקומען אין מיין קעמערעל, האָב איך ווידער געפֿיהלט מיין פֿאַרצווייפֿ211לונג. נאָכהער, ביסלעכווייז, האָבען זיך גענומען באַווייזען אַנדערע געפֿיהלען און אַנדערע געדאַנקען. דער מוח האָט גענאַרבייט אָהן אױפֿהער. עס האָבען זיך ענטוויקעלט פֿאַנטאַזיעס — אַלץ וועגען אונזער באַוועגונג. איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען אַן אױפֿשטאַנד, אַ רעוואָלוציע!

„איך האָב געהאַט רחמנות אױף זיך פֿאַרוואָס איך פֿאַרליר מיין לעבען, פֿאַרוואָס עס קומט מיר אױס צו באַצאָהלען אַזױ טייער. אָבער קיין גראָבע עגאָאיסטישע טרױמען האָב איך ניט געהאַט. איך פֿלעג זיך טראַכטען, אַז אונזער קאַמף איז אַ צו שווערער קאַמף; אַז באַזיגען די רוסישע רעגירונג, ווי די זשעליאַבאָווס האָבען זיך פֿאָרגעשטעלט, וועט זיך ניט איינגעבען. די זשעליאַבאָווס האָבען געגלױבט, אַז זיי זיינען די פֿאָרקערפּערונג פֿון אַ גרױסער היסטאָרישער פּאַסירונג, אַז עס באַלד קומט אָן אַ היסטאָרישע איבערקערעניש. מיר אָבער, די יונגע, האָבען שױן אַזױ טראַכטען ניט געקענט. מיר האָבען געזעהן, ווי אַלע אונזערע קעמפֿער האָט מען געכאַפּט, ווי די גאַנצע וואונדערבאַרע אָרגאַניזאַציע „נאַראָדנאַיאַ וואָליאַ" איז פֿאַרניכטעט געוואָרען. מיר האָבען געפּרוּפֿט איהר ווידער אױפֿבױען, און עס האָט זיך אונז ניט איינגעגעבען. פֿלעג איך זיצען אױף מיין בעטעל און קלערען ווי אַזױ די באַפֿרייאונג וועט דאָך קומען. איך בין געווען איבערצייגט, אַז זי וועט קומען. און איך פֿלעג זיך פֿאָרשטעלען ווי אַזױ דאָס וועט זיין.

„צוערשט האָב איך געפֿיהלט, אַז מיין יעצטיגע לאַגע הייסט טױט, אַז אַלעס פֿאַרגאַנגענעס איז אָפּגעשניטען. אַלץ וואָס איז געווען, איז ביי מיר באַצייכענט אַלס „די צייט ווען איך האָב געלעבט". איך גלױב, אַז מענשען וואָס זיינען קיינמאָל ניט געווען אין אַזאַ לאַגע קענען דאָס ניט גוט פֿאַרשטעהן. מיר פֿלעגט זיך דוכטען, אַז מען האָט מיך אױסגעלאָשען. איהר פֿאַרשטעהט?

אױסגעלאָשען, ווי מען לעשט אױס אַ ליכט.

„אין דיזען צושטאַנד האָב איך פֿאַרבראַכט ביי דריי מאָנאַט. דאַן האָב איך ביסלעכווייז ווידער גענומען לעבען. דאָס פֿאַרגאַנגענע איז שױן ניט געווען אַזױ העל. עס האָט זיך גענומען פֿיהלען אַזױ ווי דאָ אין געפֿעגגניס איז אױך דאָ אַ לעבען,212אַ געוויסער סאָרט צוקונפֿט. איך פֿלעג קלעהרען: סטײטש, איך געפֿין זיך דאָך איצטער הינטער די קוליסען פֿון דער וועלט. דאָס איז דאָך דער סוד. צי דען איז דאָ אױך פֿאַראַנען אַ „הינטער די קוליסען"? צי דען דאַרף מען דאָ אױך אַריינקוקען הינטער דעם פֿאָרהאַנג אום צו וויסען וואָס ווייטער וועט זיין?

„פֿלוצלונג דערמאָנט איהר זיך, אַז איהר האָט אַ מאָגען וואָס וויל עסען.

„אָדער: איהר שטעהט און קלאַפֿט מיט'ן פֿינגער אין וואַנט צו די חברים, וואָס זיצען אין די אַנדערע קעמערלעך. איהר קלאַפֿט סינגאַלען צו זיי און מיט דיזער סינגאַלען-שפּראַך רעדט איהר זיך צונױף. איהר טוט דאָס, און עס דוכט זיך, אַז איהר רעדט טאַקע מיט זיי. איהר רעדט, איהר לעבט.

„פֿון דעם מאָמענט אָן ווען איהר פֿיהלט זיך אַזױ, פֿאַנגען זיך אָן די פֿראַגען: וואָס וועט מען מיט מיר טאָן? וועט מען מיך פֿאַרשיקען אין דער שליסעלבורגער פֿעסטונג? נו, דאָרטען קען מען דאָך אױך לעבען. דערבײ פֿאַנגט זיך אָן די פֿילאָזאָפֿיע, אַז סײ-ווי-סײ זיינען מענשען אַזױ ווי פֿליגען, ווי ווערים; אַז אַלץ איז ניט מעהר ווי אַ צוזאַמענמיש פֿון כעמישע מאַטעריאַלען, און דו ביזט ניט מעהר ווי אַ טראָפּען אין אַ ים. הײנט וואָס איז דאָ צו באַדױערען?

„עפּעס דריקט אייך און דריקט אייך און דריקט אייך... עס דוכט זיך אייך, אַז איהר זייט קלענער געוואָרען אױפֿ'ן וואָג. אַ שרעקליכער וועהטאָג. עס וואָלט זיך וועלען מאַכען אַ סוף פֿון דעם דורך זעלבסטמאָרד, אַזױ ווי מען מאַכט אַ סוף צו צאָהןווייטאָג מיט דעם, וואָס מען רייסט דעם צאָהן אַרױס.

„אַט אַזױ ציהט זיך דאָס עטליכע שטונדען און פֿלוצלונג הערט דאָס אױף.

„אָפֿט פֿלעגט מיר טרעפֿען, אַז איך שטעה אױף אין דער פֿריה און איך פֿיהל זיך אין אַ גוטען געמיט. עס וויל זיך מיר זינגען, מאַכען שפּאַס מיט זיך אַליין. איך געה אַרום הין און צוריק אי213בער מיין איינזאַמען צימערעל, און אױפֿ'ן האַרצען איז מיר ליכטיג. אַ מחיה צו לעבען אױף דער וועלט...

„דאָס קען אָנהאַלטען אַ גאַנצען טאָג, אַ מאָל צוויי טעג אָדער זאָגאַר מעהר. נאָכהער קומט אָן אַ גאַנץ אַנדערע שטימונג".

9
מיינע ערצעהלונגען אין רוסישע איבערזעצונגען. — אַן אָפּקלאַנג פֿון וועליוש.

מיין ראָמאַן „יעקל" איז שױן דאַן געווען איבערזעצט אױף רוסיש, פֿון דר. דזשאָשואַ רובינאָוו פֿון ניו יאָרק. די איבערזעצונג איז אָבער ערשינען אין דעם „וואָסכאָד" — אַ זשורנאַל פֿאַר אידישע אינטערעסען, מיט וועלכען די ברייטע ליטעראַרישע וועלט פֿון רוסלאַנד איז געווען ווינציג באַקאַנט. אַלזאָ איז דער ציל געווען, אַז מיינע ערצעהלונגען זאָלען ערשינען אין די אַלגעמיינע רוסישע זשורנאַלען. צו דיזען צוועק האָט מיין פֿרױ, אױף באַגאַראָז'ס ראָט, אָנגעהױבען צו איבערזעצען מיין „איםפֿאָרטירטער חתן". באַגאַראָז האָט איהר איבערזעצונג שטאַרק געלױבט. ער האָט דעם מאַנוסקריפּט אַוועקגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון דעם זשורנאַל „זשיזן", און עס איז אָפּגעדרוקט געוואָרען אין דעם בוך פֿון מאָנאַט אױגוסט, 1900. באַגאַראָז האָט אױפֿגעשריבען אַן אַרטיקעל וועגען מיין ליטעראַרישער טעטיגקייט אין אַמעריקאַ, און דאָס איז ערשינען אין דעם זעלבען זשורנאַל. נאָכהער האָט מיין פֿרױ איבערזעצט עטליכע אנדערע פֿון מיינע ערצעהלונגען. זיי זיינען געווען ערשינען אין „זשיזן" אָדער אין „מיר באָזשי". (ביידע זיינען געווען צווישען די וויכטיגסטע צייטשריפֿטען. אין ביידע האָבען זיך באַטייליגט די אָנגעזעהענסטע שריפֿטשטעלער פֿון רוסלאַנד).

איינינע פֿון מיינע ערצעהלונגען זיינען געווען איבערגעדרוקט אין אַנדערע זשורנאַלען אָדער צייטונגען.

עס האָט זיך גענומען הערען, אַז מיינע זאַכען ציהען אױף מערקזאַמקייט אין די בעסטע ליטעראַרישע קרייזען פֿון רוסלאַנד. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַ קוואַל פֿון אַ גרעסטער צופֿרידענהייט. רוסלאַנד איז דאָ דאָס לאַנד פֿון העכסטער ליטעראַרישער ענט214ווייסלונג, און דאָרטען ווערט מיין ליטעראַרישע אַרבייט אנערקענט. וואָס האָט געקענט זיין אנגענעהמער? און דער פֿאַקט, אַז זיי ווערען געלעזען אין מיין ליבער רוסלאַנד, האָט מיר נאַטירליך פֿאַרשאַפֿט אַ ספּעציעלען פֿאַרגעניגען.

באַגאַראָז איז אייגענטליך געווען דער ערשטער וואָס האָט מיר געראָטען צו שרייבען מיינע עראינערונגען.

— וואָרום שרייבט איהר ניט „זאַפּיסקי רוסקאַוואַ עמיגראַנטא?" (מעמואַרען פֿון אַ רוסישען עמיגראַנט) — האָט ער צו מיר אַמאָל געזאָגט. — שטעלט פֿאַר אין בילדער אייערע דורכלעבונגען אין אַמעריקאַ. דאָס וואָלט געווען אונגעהייער אינטערעסאַנט פֿאַר די לעזער פֿון אונזערע בעסערע זשורנאַלען.

דאָס איז געווען אַלזאָ אין 1899 און אין 1900. איך האָב דאַן געהאַט אין זינען זיין פֿלאַן אַמאָל דורכצופֿיהרען. קיין באַשטימטען געדאַנק וועגען דעם האָב איך אָבער ניט געהאַט.

אײן מאָל האָב איך פֿון רוסלאַנד ערהאַלטען אַ בריף און צוזאַמען מיט איהם אַ זשורנאַל („רוסקאַיע סלאָוואַ", דאַכט זיך). דער בריף איז געווען אַדרעסירט צו מיר אַלס לעהרער, און האָט ענטהאַלטען אױסדריקע פֿון רעספּעקט און שבחים צו מיר, אי אַלס שריפֿטשטעלער, אי אַלס לעהרער. איך האָב צוערשט ניט פֿאַרשטאַנען ווער דער שרייבער איז, און, ווען איך האָב אַ קוק געטאָן אױף דער אונטערשריפֿט — „רעוומונד" — האָב איך ניט געוואואוסט ווער דאָס איז. אָבער ווייטער איז אין דעם בריף געווען ערקלערט: ווען איך בין געווען אַ שול-לעהרער אין וועליוש, וויטעבסקער גובערניע, אין דעם ווינטער פֿון 1881-1882, איז ער געווען איינער פֿון מיינע שילער. איך האָב זיך דערמאָנט: אַ איינגעל, אַ דאַרינקער, אַ שוואַרץ-חן'עוודיגער, מיט סאָרע אױגלעך, לעבענסלוסטיגע, ערנסטע; איינער פֿון די בעסטע שילער אין מיין קלאַס געווען. איצט, אַלזאָ, האָט ער געלעזען מיינע ערצעהלונגען אין די רוסישע זשורנאַלען.

אַכצעהן יאָהר שױן פֿאַריבער! עס איז מיר געווען אינטערעסאַנט אָהן אַ ברעג. אָבער צו דער זעלבער צייט האָב איך215דערפֿיהלט אַן אומעט אין ד'האַרצען. אַכצעהן יאָהר שױן! אַ נייער יאָהר-הונדערט האָט זיך שױן אָנגעפֿאַנגען. איך בין שױן פֿערצינג יאָהר אַלט. פֿערצינג יאָהר! די ווערטער פֿלעגען מיר אַמאָל קלינגען ווי דער טיטעל פֿון אַן אַלטען מאַן. איצט איז דאָס מיין טיטעל. דאַכט זיך, איך פֿיהל זיך נאָך אַזױ יונג. ביי ריווקינד'ן אָבער האָבען די ווערטער די זעלבע באַדייטונג, וואָס זיי פֿלעגען אַמאָל געהאַט פֿאַר מיר...

ווייטער האָב איך זיך פֿון דעם בריף דערוואוסט, אַז ריווקינד שרייבט אױך ערצעהלונגען (דער זשורנאַל, וואָס ער האָט מיר צוגעשיקט, האָט ענטהאַלטען זיינע אַ זאַך). יענער איינגעלע איז שױן אַלזאָ אַן ערוואַקסענער מענש, אַ שריפֿטשטעלער, און ער אַדרעסירט מיך אין אַזאַ טאָן, אַזױ ווי איך וואָלט טאַקע געווען אַן אַלטער מאַן!...

10
ליטעראַרישע באַגעגענישען.

אין יענע עטליכע יאָהר איז מיר אָפֿט אױסגעקומען צו זיין אין דעם האַרוואַרד קלאַב, אין דעם יעיל קלאַב און אין אַ פֿאַר אַנדערע קלובען. באַקאַנטע אַמעריקאַנער, מיטגלידער פֿון דעם אָדער יענעם קלוב, פֿלעגען מיך איינלאַדען אַהין צו דינער, און אָפֿט פֿלעגט אין דעם דינער אַנטייל נעמען אַ גאַנצע גרופֿע, אַלץ מענשען פֿון דער ליטעראַרישער פּראָפֿעסיע. אַ פֿאַר פֿון דיזע איינלאַדונגען זיינען געווען פֿון מיינע פֿריינד פֿון דעם „קאָסמאָפּאָליטען קלאָב", וועלכע האָבען געענדיגט דעם האַרוואַרד קאַלעדזש און זיינען געווען מיטגלידער פֿון דעם ניו-יאָרקער האַרוואַרד קלאַב. די אַנדערע באַגעגענישען זיינען פֿאָרגעקומען דורך קלוב-מיטגלידער, וועלכע זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט דער ליטעראַרישער וועלט. איינינע באַקאַנטשאַפֿטען מיט שריפֿטשטעלער האָב איך געמאַכט אין פּריוואַטע הייזער — ביי האָועללס'ען, ביי היטשקאָק'ן, אין דער סטודיאָ פֿון צוויי מאַהלער און אין די וואױנונגען פֿון מיינע קאָלעגען פֿון „קאָסמאָפּאָליטען אַדווערטייזער". אױף דיזען אָרט האָב איך זיך באַגעגנט מיט די צוויי באַקאַנטע פּאָעטען פֿון קענעדע, בליסם קאַרמאַן און ריטשאַרד האָווי, מיט אַ216שרייבער פֿון קורצע ערצעהלונגען, דזשעססי לינטש, וועמעס נאָמען עס איז דאַן באַקאַנט געווען אין די זשורנאַלען, מיט אַן אַלטען פּאָעט און קריטיקער מיט'ן נאָמען סטאַדדאַרד, און מיט אַ היבשע צאָל אַנדערע ליטעראַטען.

אײן מאָל בין איך געווען אױף אַ „לאָנטש" ביי האָועללס'ן אין שטוב. דאָרטען זיינען געווען פֿאָרזאַמעלט עלטערע ליטעראַטען, אַ פֿאָר פֿאָעטען פֿון באָסטאָן, אַ פֿאָר רעדאַקטאָרען און אַ פֿאָר לעטריסטען פֿון ניו-יאָרק.

איך מוז זאָגען דעם אמת, אַז נאָך יעדען צוזאַמענקונפֿט אַזעלכען, פֿלעג איך אַוועקגעהן אַהיים מיט אַ שווערע האַרץ. די ליטעראַרישע וועלט פֿון אַמעריקא איז הײנט, אין פֿילע באַציהונגען, אַ גאַנץ אַנדער וועלט ווי דאַן. זי איז הײנט פֿיל סימפּאַטישער, ברייטער און נים אַזױ „טאָריש"* ווי אין יענע יאָהרען. אין רוסלאַנד איז די ליטעראַרישע וועלט דאַן גייסטיג געשטאַנען פֿיל העכער ווי אין אַמעריקא. איך מיין ניט נאָר דעם פֿאַקט, אַז די רוסישע ליטעראַטור גופֿא, אַלס קונסט, איז געשטאַנען העכער ווי די אַמעריקאַנישע אָדער ענגלישע. איך מיין אױך דעם מאָראַלען גייסט, וואָס האָט געהערשט אין איהר און צווישען איהרע פֿאָרשטעהער — אַ הױך אידעאַליסטישער גייסט איז דאָס געווען. די רוסישע שריפֿטשטעלער זיינען, דורכאױס, ביט אינדירעקט, געווען פֿאַרבונדען מיט'ן קאַמף פֿאַר פֿרייהייט און פֿאָרטשריט, און פֿילע פֿון זיי, אַריינרעכענענדיג עטליכע פֿון די גרעסטע, האָבען געפֿיהרט אַ מאַרטירער לעבען. באַריהמען זיך מיט אַריסטאָקראַטישקייט איז פֿאַר זיי געווען אונמעגליך. אַריסטאָקראַטישער שטאָלץ איז געווען אַ שאַנדע. אמת'ע אַריסטאָקראַטען, ווי גראַף טאָלסטאָי, האָבען זיך גע'חבר'ט מיט פּאָלקסקינדער און האָבען זיך אױפֿגעפֿיהרט מיט אױפֿריכטיגע עניוות.

פּונקט פֿאַרקערט איז געווען דער גייסט ביי די אַמעריקאַנער217שריפֿטשטעלער, יונגע אָדער עלטערע, מיט וועלכע מיר איז אױסגעקומען זיך צו באַגעגענען. צו דינער פֿלעגען זיי אַלע קומען אױסגעפּוצט אין „טאָקסידאָס", מיט שטייפֿע, ווייסע, אױסגעבליעזטע העמדער, און אין זייערע געשפּרעכען פֿלעג איך ניט זעלטען הערען „סנאָבבישע" באַריהמערייען.

איינער פֿון די ערפֿאָלגרייכסטע שרייבער אין יענע צייטען איז געווען ריטשאַרד האַרדינג דייוויס. ער האָט געהאַט אַ פֿיינעם סטיל און זיינע ערצעהלונגען האָבען זיך געלעזען גלאַט און אַנגענעהם. אָבער זיין שרייבען איז הױפֿטזעכליך געווען געוויידמעט צו דער „סנאָבבישער" גאוה פֿון די „הױכע פֿענסטער". אַ מיליאָנער פֿון דער אַנערקענטער געזעלשאַפֿט איז אין זיינע ווערק אימער געווען דער פֿעהיגסטער, דער פֿלינקסטער און שטאַרקסטער בחור און אױך דער גרעסטער כוואַט. ווען אין זיינע אַן ערצעהלונג טרעפֿט זיך אַ מיליאָנערסקער יונגערמאַן מיט אַ געוואָהנען באַנדיט, קענט איהר זיכער זיין, אַז דער באַנדיט וועט כאַפֿען אַ מפּלה. דער מיליאָנער איז ביי איהם אימער אַ גבור, אַן אַטלעט. ער איז שטאָלץ אָבער נאָבעל, אונערשראָקען, מעכטיג. ער איז ענליך צו די ריטערס פֿון מיטעלאַלטער, ווי זיי ווערען געוואָהנליך פֿאָרגעשטעלט אין שונד-ראָמאַנען.

ער, ריטשאַרד האַרדינג דייוויס אַליין, איז געווען אַ גרױסער בעל גאוה. צווישען די שרייבער פֿלעגען אַרומגעהן אַנעקדאָטען וועגען זיין חוצפה'דיגער גרױסקייט ביי זיך.

צווישען די ליטעראַטען מיט וועלכע איך האָב זיך גע'טראָפֿען זיינען איינינע געווען זעהר סימפּאַטישע מענשען. פֿון דער נאַטור זיינען זיי געווען איינפֿאַך, אױפֿריכטיג, גוטהערציג און אמת דעמאָקראַטיש. זיי זיינען אָבער געווען אַרומגערינגעלט מיט סנאָבבעריי. ליטעראַטען און קינסטלער האָבען זיך גערוקט אין דער רייכער געזעלשאַפֿט, און אַ פֿאָר פֿון זיי זיינען טאַקע געווען אַריינגערעכענט צווישען די אַריסטאָקראַטישע „400" פֿון ניו-יאָרק.

האָועללס. דיזע נאָבעלע נשמה, וועלכער איז באַגייסטערט געוואָרען פֿאַר דעם סאָציאַליסטישען אידעאַל, איז געווען צו צאַרט און צו שוואַך צו שטעלען זיך געגען דיזער ריכטונג. אַנ218שטאָט איהר צו פֿרופֿען באַזיגען, איז ער פֿון איהר באַזיגט געוואָרען.

אײן מאָל, אין אַ געשפּרעך מיט מיר, האָט מיסעס האָועללס, ריידענדיג וועגען איהר מאַן, באַמערקט: „ווען מיר האָבען געוואױנט אין באָסטאָן און ער איז געווען אַ סאָסייעטי שריפֿטשטעלער"... (אַ שריפֿטשטעלער וועלכער שילדערט די הױכע געזעלשאַפֿט).

פֿון איהם אַליין האָב איך אַזאַ באַמערקונג קיין מאָל ניט געהערט. און ווען איך פֿלעג זיך מיט איהם פֿאַנאַנדעררײדען וועיגען סאָציאַליזם, פֿלעג איך זעהן אַז זיין אינטערעס איז אַן אױפֿריכטיגער און אַן ערנסטער. עס איז אמת, אין די ראָמאַנען מיט וועלכע ער האָט זיך ערװאָרבען זיין הױכע מדרגה, האָט ער כמעט דורכאױס געמאָלען דעם לעבען פֿון דער באָסטאָנער אַריסטאָקראַטיע, און ניט ווי אַ קינסטלער וואָס פֿאַרהאַלט זיך צו איהר קריטיש, נאָר ווי אַזעלכער וואָס געהערט אַליין צו איהר. שפּעטער אָבער האָט ער גענומען שרייבען ווערק פֿון אַן אנדער מין. איך מיין אױך אַזאַ ראָמאַן ווי זיין „ענני קילבויורן", וואו ער לאַכט אָפּ פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער דאַמע, וועלכע האָט געמאַכט אַ פּיקניק מיט דעם צוועק צוזאַמענצוברענגען די רייכע מיט די אָרימע, און אױך דעם פּיקניק גופֿא האָט זי געלאָזט ציהען אַ שטריך, כּדי די צוויי קלאַסען אָפּצוצאַמען איינעם פֿון דעם אַנדערען. ווען האָועללס האָט זיך טאַקע אינטערעסירט מיט'ן סאָציאַליזם, האָט זיך זיין שרייבען איבערהױפֿט געענדערט אין געוויסע באַציהונגען.

איינער פֿון די סימפּאַטישע אױסנאַהמען אין באַצוג צו „סנאָבבעריי" איז געווען דער בעלעטריסט ראָבערט הערריק, פֿון שיקאַגאָ, מיט וועמען איך בין באַקאַנט געוואָרען דורך „האַטש" האַפּגוד'ן. „האַטש" און ער זיינען געגאַנגען אין קאָלעדזש צוזאַמען, און אין דער צייט וועגען וועלכער איך דערצעהל דאָ, איז הערריק געווען פּראָפֿעסאָר אין דעם שיקאַגאָ'ער אוניווערזיטעט און שריפֿטשטעלער.

11
וויליאַם אַרטשער. — זאַנענטהאַל.

219אַ רעדאַקטאָר פֿון אַן אַמעריקאַנער זשורנאַל האָט מיך אין אַ בראָדוויער רעסטאָראַן באַקאַנט געמאַכט מיט וויליאַם אַרטשער'ן, דיזען מיוזיק קריטיקער און שריפֿטשטעלער פֿון לאָנדאָן, וועלכער איז דאַן געווען אױף אַ באַזוך אין ניו-יאָרק. מיר האָבען גערעדט וועגען ליטעראַטור אין ענגלאַנד און אין אַמעריקא.

דער נאָמען וויליאַם אַרטשער געהט אין מיין זכרון צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון דעם באַרימטען וויענער שױשפּילער, זאַנענטהאַל. ער האָט גאַסטראָלירט אין ניו-יאָרק, אין דעם דייטשען טעאַטער (אױררווינג פּלייס טעאַטער). איך האָב זאַנענטהאַל'ען געזעהן עטליכע מאָל און ער האָט מיך בוכשטעבליך ענטציקט.

איך האָב מיט אַרטשער'ן געהאַט אַ געשפּרעך וועגען זאַנענטהאַל'ס שפּילען אין דעם האָפּטמאַן'ס „פֿורמאַן העגעל", און איך געדענק זיין אױסדרוק: „ער האָט זיך פּשוט אַריינגעזעצט אין העגעל'ס הױט".

איך האָב פֿאַרבראַכט אַ פֿאָר שטונדען מיט זאַנענטהאַל'ן. ער האָט מיר דערצײלט וועגען די יאָהרען, ווען ער איז געווען אַ שניידער, ווי אַזױ ער האָט גענומען זיך אינטערעסירען מיט'ן טעאַטער.

וויליאַם אַרטשער איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ זאַמלונג פֿון איבסען'ס ווערק אין אַ ענגלישע איבערזעצונג. ער איז געווען אַ וואַרימער אנהיינגער איבסען'ס און ער האָט פֿיל געטאָן איהם פּאָפּולער צו מאַכען אין ענגלאַנד.

איינינע פֿון די איבערזעצונגען אין זיין זאַמלונג זיינען געמאַכט געוואָרען פֿון קאַרל מאַרקס'עס טאָכטער, עלעאַנאָרא עוועלינג. איך האָב מיט איהם גערעדט וועגען איהר אַרבייט, און ער האָט זיך אױסגעדריקט הױך וועגען איהרע פֿעהיגקײטען און וועגען איהר פּערזענליכקײט.

12
טאָלסטאָי'ס 70-יאָהריגער געבורטסטאָג. — מיין באַקאַנטשאַפֿט מיט זאַנגוויל'ן.

220אין אױגוסט 1898, איז טאָלסטאָי געוואָרען זיבעציג יאָהר אַלט, און אַ גרופֿע אַמעריקאַנער ליטעראַטען און כּלל-טוער האָבען דעם געבורטסטאָג געפֿײערט מיט אַ באַנקעט און מיט רעדעם. איך בין געווען איינגעלאַדען אַלס איינער פֿון די רעדנער. צווישען די אַנוועזענדע איז געווען נאָר אַ קלײנע צאָל פֿון די באַקאַנטע אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער. פֿון די גאָר גרױסע פֿערזענליכקײטען אין דער ליטעראַרישער וועלט זיינען געווען גאַנץ ווינצינ פֿאַרטרעטער. האָועללס, טאָלסטאָי'ס גרעסטער פֿאַרעהרער אין אַמעריקא, וואָלט געוויס געווען אנוועזענד. ער איז אָבער דאַן ניט געווען אין ניו-יאָרק. צווישען די אנטיילנעמער, וואָס האָבען געשפּילט אַ גרױסע ראָלע, געדענק איך נאָר דעם פֿאָעט ריטשאַרד וואָטסאָן גילדער, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם „סענטשורי מעגאַזין".

דער פֿאַקט איז, אַז אין יענע צייטען איז טאָלסטאָי ביי דעם אַמעריקאַנער לעזע-פּובליקום געווען אַ קנאַפּער יחסן, אַפֿילו ביי דעם אינטעליגענטען. פֿון טורגעניעוו'ן האָט מען געוואואוסט פֿיל מעהר און מען האָט איהם געשעצט פֿיל מעהר. צו ריידען וועגען טורגעניעוו'ן אַלס איינעם פֿון די גרעסטע קינסטלער פֿון אונזער צייט איז צווישען געבילדעטע אַמעריקאַנער געווען אַ „קאָרעקטע" זאַך. וואָס אנבאַטרעפֿט אָבער טאָלסטאָי'ען, האָט דער דורכשניטליכער געבילדעטער אַמעריקאַנער דאַן ערשט אָנגעהױבען צו הערען זיין נאָמען. איינינע פֿון זיינע ערצעהלונגען זיינען שױן ערשינען אױף ענגליש, און מען האָט געשריבען קריטיקען, און איינינע קריטיקער האָבען זאָגאַר גערעדט וועגען איהם מיט באַװאונדערונג.

דער ענגלישער קריטיקער מעטהיו אַרנאָלד, צום ביישפּיל, האָט געשריבען אַ באַגייסטערטען אַרטיקעל וועגען „אַננאַ קאַרענינאַ", און ווען „די קרײצער סאָנאַטאַ" איז ערשינען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, האָט דער ביכעל געמאַכט אַ סענסאַציע. אמת, דאָס איז געווען צוליב דעם כאַראַקטער פֿון דער ערצעהלונג אין באַצוג צו געשלעכט פֿראַגען און צוליב דעם פֿאַקט, אַז דער וואַשינגטאָ221נער פּאָסט-אָפֿיס דעפּאַרטמענט האָט זיך ענטזאָגט דעם בוך צו נעמען אױף פּאָסט. עס איז אָבער אױך אמת, אַז איינינע ענגלישע און אַמעריקאַנער קריטיקער האָבען וועגען איהם רעדנדיג דעם „קרײצער סאָנאַטאַ" גערעדט מיט וואַרימע לױב-ווערטער. דער דורכשניטליכער אינטעליגענטער לעזער, אָבער, איז פֿון טאָלסטאָי'ען ניט נתפֿעל געוואָרען. און דער ברייטער עולם האָט געהערט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ גרױסער רוסישער שרייבער טאָלסטאָי, אָבער געלעזען האָט מען איהם זעהר ווינציג.

ווען ביי טאָלסטאָי'ען איז אָקאָרשט פֿאַרטיג געוואָרען זיין גרױסען ראָמאַן „רעזורעקשאָן" („וואָסקרעסעניע", „תּחית המתים"), האָט דער „קאָסמאָפּאָליטאַן" אָפּגעקױפֿט דאָס רעכט צו דרוקען איהם אין אַן ענגלישער איבערזעצונג אין אַמעריקא, צו דער זעלבער צייט ווען ער האָט זיך געדרוקט אין עטליכע אַנדערע לענדער אױף עטליכע אַנדערע שפּראַכען. דער איגענטימער פֿון דעם זשורנאַל, דער אױבען-דערמאָנטער בריסבעין וואָקקער, האָט גענלױבט, אַז דער נאָמען טאָלסטאָי איז גרױס, און אַז ער וועט ציהען לעזער. דער ראָמאַן איז אין „קאָסמאָפּאָליטען" געגאַנגען פֿון מאָנאַט צו מאָנאַט. פֿלוצלונג האָט ער אױפֿגעהערט צו ערשיינען. די רעדאַקציע האָט אַרױסגעוואָרפֿען איינינע שטעלען, וועלכע זי האָט געהאַלטען פֿאַר ניט אנשטענדיג און טאָלסטאָי האָט געגען דעם פּראָטעסטירט. וואָקקער האָט פֿאַרעפֿענטליכט אַן ערקלערונג, און דערבײ האָט ער באַמערקט, אַז סײ-ווי-סײ איז ער אין דעם ראָמאַן ענטױשט.

די ערפֿאָלגרייכע אַמעריקאַנער שריפֿטשטעלער האָבען זיך אַלזאָ געשניטען אױף אַריסטאָקראַטען, און צו פֿײערען דעם געבורטסטאָג פֿון לעוו טאָלסטאָי איז ניט געווען קיין „אַריסטאָקראַטישער עסק". איך גלױב אַז אױף אַ טורגעניעוו יום-טוב וואָלטען זיי יא געקומען. אינטערעסאַנט איז צו באַמערקען, אַז אױף דעם באַנקעט האָבען אנטייל גענומען עטליכע אַמעריקאַנער ראַדיקאַלען — אַ פֿאָר העניר דזשאָרדזשיסטען, האַלבע סאָציאַליסטען, פֿריידענקסער, וועלכע האָבען מיט ליטעראַטור קיין שייכות222ניט געהאַט אַלס פֿאַרטרעטענעם מענשען, און ווייל זיי האָבען געוואואוסט אַז אין רוסלאַנד איז די ליטעראַטור פֿאַרבונדען מיט דעם קאַמף פֿאַר פֿרייהייט און פֿאָרטגרעס. עס זיינען אױך געווען עטליכע אַמעריקאַנער אנהענגער פֿון טאָלסטאָי'ס לעהרע וועגען אַ רעליגיעזען לעבען.

ווען זאַנגוויל איז אַרײן אין דעם באַנקעט זאַל, האָט זיין דאַרע פֿיגור און איינדרוקספֿולער אידישער פּנים געצױגען אַלגעמיינע אױפֿמערקזאַמקייט. מען האָט איהם צוגעפֿיהרט צום טאָאוסטמייסטער און געגעבען אַ פּלאַץ לעבען איהם. דער טאָאוסטמייסטער האָט איהם פֿאָרגעשטעלט, און מען האָט איהם אױפֿגענומען מיט אַן אָוואַציע. אין דער רעדע וואָס ער האָט געהאַלטען האָט ער ערקלערט, אַז ער האָט קיין צייט ניט געהאַט אַפֿילו אַרומצואַוואַשען זיך. ער האָט געזאָגט אַ פּאָר גוטע וויצען פֿאַרוואָס ער טראָגט ניט קיין טאָקסידאָ, גערעדט אַביסעל וועגען טאָלסטאָי'ען, אַביסעל וועגען ליטעראַטור אין אַלגעמיין. די רעדע איז געווען פֿול מיט אינטערעסאַנטע וויציגע באַמערקונגען, און זי האָט אַלע וויילע אַרױסגערופֿען אַ הילכענדען געלעכטער.

מען האָט אונז פֿאָרגעשטעלט. ער האָט זעהר פֿריינדליך זיך אױסגעדריקט וועגען „יעקל". דעם „אימפּאָרטעד ברײדגרום" האָט ער נאָך ניט געהאַט געלעזען.

אין פֿאַרלױף פֿון יענעם וויזיט זאַנגוויל'ס האָב איך זיך מיט איהם געזעהן גאַנץ אָפֿט. איך האָב איהם געפֿיהרט ווייזען דעם אידישען קוואַרטאַל. אײן מאָל, ווען ער האָט געהאַט טיקעטס צו אַ223פֿאָרשטעלונג, האָט ער מיך איינגעלאַדען צו געהן מיט איהם. ביי דיזער פֿאָרשטעלונג, צווישען די אַקטען, איז געקומען צו רייד וועגען זיין אָרט אין דער ענגלישער ליטעראַרישער וועלט. ער האָט געגעבען אַנצוהערעניש אױף דעם פֿאַקט, אַז ווען די ענגלישע קריטיקער ריידען וועגען איהם אַליין, פֿאַרשעלעווען זיי איהם ניט קיין „בוקעטען"; אָבער ווען זיי רעכענען אױס די וויכטיגסטע שרייבער פֿון ענגלאַנד, שטעלען זיי איהם אין צעטעל אַריין אייניגע גאָרנישטען, וועהרענד אָן איהם פֿאַרגעסען זיי.

— אױף מיינע ווערק קוקט מען ווי אױף עטװאָס עזאָטערישעס* — האָט ער באַמערקט.

— גלױבט איהר ניט, אַז דאָס איז דערפֿאַר, וואָס מען באַטראַכט דעם אידישען לעבען אַלס עטװאָס עקזאָטישעס**? — האָב איך געפֿרעגט.

— דאָס אױך.

— אפשר שטעקט אין דעם אַ טראָפּען אַנטיסעמיטיזם?

— ווארשיינליך.

מיט דעם אױבען-דערמאָנטען לאָוב, דעם מאָהלער, איז זאַנגוויל געווען נאָהענט באַקאַנט און באַפֿריינדעט פֿון לאָנדאָן, און איצט, געפֿינענדיג זיך אין ניו יאָרק, האָט ער אַ געוויסע צייט געוואױנט אין לאָוב'ס סטודיאָ. דאָרטען האָב איך איהם אָפֿט באַזוכט.

זאַנגוויל האָט אױף מיר געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ געבאָרענעם אידעאַליסט, הגם קיין באַשטימטע פֿאָרמען האָט זיין אידעאַליזם דאַן ניט געהאַט. די אידישע פֿראַגע האָט אין זיין געדאַנקען אין יענע יאָהרען נאָך ניט באַקומען קיין דייטליכע פֿאָרמע. ער איז געווען אַ צוטראָגענער, אַ נאַכלעסיגער, און דיזע צוטראָגענקייט האָט צוגעגעבען אַ ספּעציעלען סימפּאַטישען שטריך צו זיין גוט-הערציגען כאַראַקטער.

אױף זיין רייזע איבער אַמעריקא האָט ער איבערגעלעזען224מיין צווייטען בוך, און איך האָב פֿון איהם ערהאַלטען אַ בריף, אין וועלכען ער האָט גערעדט מיט באַגייסטערונג וועגען די ערד צעהלונגען „דער אימפּאָרטירטער חתן" און „ע. געהעטטאָ וועדדינג". ער האָט ספּעציעל אָנגעוויזען אױף די שטעלען, וואו עזריאל באַזוכט זיין אַלטע היים נאָכדעם ווי ער איז דאָרטען ניט געווען אַ יאָהר דרייסיג. און אױף אַ פֿאָר סצענעס אין דער „געהעטטאָ חתונה". „דהעי טאָטש ע האַי פּלעין אָװ פּאָעטרי" (זיי דערגרייכען אַ הױכע מדרגה פֿון פּאָעזיע) — האָט ער מיר געשריבען וועגען דיזע שטעלען.

זאַנגוויל האָט זיין באַרימטען ראָמאַן „טשילדרען אָװ דהי געהעטטאָ" דראַמאַטיזירט, און מען האָט דאָס אױפֿגעפֿיהרט אין ניו יאָרק. די פּיעסע איז פֿון די קריטיקער אױפֿגענומען געוואָרען מיט לױב-געזאַנג. דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל „פֿאָראָם" האָט געוואָלט האָבען אַן אַרטיקעל וועגען דער פּיעסע, און זאַנגוויל האָט איהם גענאַטען דאָס צו באַשטעלען ביי מיר.

איך האָב די איינלאַדונג אָנגענומען און האָב דעם אַרטיקעל אױפֿגעשריבען. ער איז ערשינען אין נומער פֿון דעצעמבער 1899.

13
אַ פֿאָר איינלאַדונגען.

אײן מאָל האָב איך אין מיין באָקס, אין אָפֿיס פֿון דעם „קאָממערשעל אַדווערטייזער", געפֿונען אַ בריף פֿון דעם מענעדזשינג עדיטאָר (פֿאַרוואַלטענדער רעדאַקטאָר, — אַסיסטענט צום הױפֿט רעדאַקטאָר) פֿון דער ניו יאָרק „וואָירלד". זיין נאָמען איז געווען קיילעב מ. וואָן העמס (און אפשר האָב איך אין דעם נאָמען אַ טעות). ער האָט מיך געבעטען אַרױפֿצוקומען צו איהם אין אָפֿיס (מיט אַ קורצער צייט פֿריהער האָב איך פֿון דעם זונ225טאַגס-רעדאַקטאָר פֿון דער זעלבער צייטונג באַקומען אַ פֿאָרשלאַג צו דרוקען עטליכע קאַפּיטלעך פֿון מיין ראָמאַן „דער אימפּאָרטירטער חתן". ער האָט געוואָלט מאַכען אַ סענסאַציאָנעלע פֿײדזש דערפֿון, און אױף האָועללס'עס ראָט האָב איך זיך ענטזאָגט). ווען איך בין צו איהם אַרױפֿגעקומען, האָט ער מיר אָנגעבאָטען איך זאָל פֿאַר דער צייטונג שרייבען קורצינקע ערצעהלונגען פֿון דעם ניו יאָרקער לעבען; אױף די פֿאַרשידענע קוואָרטאַלען, יעדען טאָג אַן ערצעהלונג. זיין פּלאַן איז געווען די דאָזיגע סקיצען צו דרוקען אַלס פֿעליעטאַנען אױף דער ליטעראַישער זייט.

אַזאַ איינלאַדונג פֿון אַ צייטונג ווי די „וואָירלד" איז געווען ניט נאָר אַ גרױסער קאָמפּלימענט, נאָר וויכטיג אין אַ מאַטעריעלען זין אױך. עס האָט זיך אָבער אַרױסגעצייגט, אַז ער מיינט סענטימענטאַלע ביליגע מעשה'לאַך, באַפּוצט מיט דעם „לאָקאַלען קאָליר" פֿון די פֿאַרשידענע קוואַרטאַלען.

ווען איך האָב איהם ערקלערט פֿאַרוואָס איך קען זיין פֿאָרשלאַג ניט אָננעמען, האָט ער זיך צוגעהערט מיט אַ זאָנדערבאַרע ניגעריגקייט. טײלווייז האָט מיין ערקלערונג איהם פֿאַראונרערסירט, און טײלווייז האָט ער דאָס באַטראַכט אַלס קינדערשע רייד. אַזאַ איינדרוק האָט זיין שמייכעל אױף מיר געמאַכט.

אַרום דער זעלבער צייט, אָדער אַביסעל שפּעטער, האָב איך ערהאַלטען אַ בריף פֿון דעם „האַרטפֿאָרד קוירררענט", די וויכטיגסטע צייטונג פֿון האַרטפֿאָרד, מיט אַן איינלאַדונג צו קומען אַהין אױף אַ פֿאָר וואָכען. דעם רעדאַקטאָר'ס פּלאַן איז געווען, אַז איך זאָל פֿאַר דער צייטונג באַשרייבען פֿאַרשידענע סצענעס אין שטאָדט און אין אַרומיגע ערטער. ער האָט וועגען מיין אַרבייט געהערט, און ער האָט מסתמא אױך געלעזען מיינע זאַכען אין די זשורנאַלען. די איינלאַדונג איז מיר געווען אינטערעסאַנט אַלס אַ נייער סאָרט ערפֿאַהרונג. דער פּלאַן איז אָבער ניט פֿאַרווירקליכט געוואָרען — פֿאַרוואָס געדענק איך ניט.

איך האָב אױך באַקומען אַנדערע איינלאַדונגען וועגען סקי

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 205] דעם געדאַנק וועגען צוזאַמענרײדען זיך מיט דער הילף פֿון אַ ווערטער-בוך האָב איך גענומען פֿון מיין פּערזענליכער ערפֿאַהרונג מיט דעם סטיוואַרד פֿון דער שיף, אױף וועלכער איך בין געפֿאָהרען קיין אַמעריקא אַלם עמיגראַנט אין 1882 (זעה צווייטען באַנד, פֿיידזש 61).

[ז׳ 216] אַ סנאָב איז אַ מענש, וועלכער האַלט זיך פֿאַר אַן אַריסטאָקראַט, חנפֿ'עט זיך צו אַריסטאָקראַטען, און קוקט מיט פֿאַראַכטונג אױף די, וואָס געהערען ניט צו די העכערע קלאַסען און איבערהױפֿט אױף יעדען, וואָס איז אָרימער אָדער שפּילט אַ קלענערע ראָלע ווי ער.

[ז׳ 223] אַ זאַך, וואָס נאָר אַ קלײנע צאָל מענשען קענען פֿאַרשטײן, אָדער אינטערעסירען זיך מיט איהר.

[ז׳ 223] * אַ זאַך, וואָס געהערט צו אַ פֿרעמדע, אונבאַקאַנטע, אונגעוועהנליכע, זאָנדערבאַרע וועלט.