בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

אַכטער קאַפּיטעל

ענדערונגען

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 226–245 (גאַנצער אַכטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 226 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
סטעפּפֿענס פֿאַרלאָזט דעם „קאָממוירשעל".

226אין 1901 האָט סטעפּפֿענס פֿאַרלאָזען דעם „קאָממוירשעל". װען ער איז אַוועק, האָט די צייטונג ביי מיר פֿאַרלאָרען יעדען אינטערעס. איך האָב איהר אױך געװאָלט פֿאַרלאָזען. פֿון שרייבען ערצעהלונגען פֿאַר די זשורנאַלען האָב איך איצט געקענט ציהען אַ פֿיל גרעסערען איינקונפֿט װי פֿון מיין שטעלע ביי דער צייטונג. אָבער אַ שריפֿטשטעלער קען ניט אַרבייטען אַזױ װי אַ צייטונגס-מענש. ביי מיר פֿלעגען אַמאָל אױעקגעהן פֿילע װאָכען איידער איך האָב זיך געפֿיהלט אין אַ שטימונג צו שאַפֿען. אַ חוץ דעם: מיין מוח איז דאַן געװען פֿאַרנומען מיט אַ געװיסען ליטעראַרישען פּלאַן, צו װעלכען עס איז נױטיג געװען צו האָבען אַ פֿרייען געמיט. אַרבייטען אױף ערנסטע בעלעטריסטיק, װען די קאָפּ איז פֿאַרנומען מיט דאגות-חיונה, װאָלט מיר געװען אונמעגליך. עס איז װיכטיג געװען אַ פֿעסטגעשטעלטער רעגעלמעסיגער איינקונפֿט.

אַזױ, האָב איך זיך באַשלאָסען צו בלייבען נאָך עטליכע מאָנאַט. מיין געהאַלט, צוזאַמען מיט די „עקסטראַס" פֿאַר שבת'-דיגע „ספּעשעל סטאָף", איז געװען פֿאַלשטענדיג גענוג צום לעבען. די אָװענדען זיינען ביי מיר מייסטענס געװען פֿריי. און פֿרייע שטונדען האָבען זיך געמאַכט בייטאָג אױך. דער עיקר איז געװען איך זאָל זיין פֿריי פֿון עקאָנאָמישע זאָרגען.

אין אַ קורצע צייט אַרום האָט דער „קאָממוירשעל" אַריבער-227גענומען צו אנטװיקלען דעם פֿאַסט-אַפּ אױף דאי סטריט, לעבען פּאַרקער בראָדװיי — אַ מינוט גאַנג פֿון דער אַלטער רעדאַקציע.

דער נייער סיטי-עדיטאָר איז געװען אַ מענש פֿון אַ גאַנץ אַנדער טיפּ װי סטעפֿפֿענס. ער איז געװען אַ גוטער „נייעס-מענש", אָבער אין דעם געװעהנליכען זין פֿון דעם װאָרט. די צייטונג האָט ביי איהם באַקומען נאָר אַן אַנדער כאַראַקטער. אַלץ, װאָס סטעפּפֿענס האָט איינגעפֿיהרט, איז פֿאַרשװאוּנדען. אַלס רעזולטאַט, איז פֿאַרשװאוּנען ביי דער חן, װאָס די אַרבייט האָט מיר פֿריהער געהאַט.

איך האָב געשריבען דעם זעלבען סאָרט אַרטיקלען װי ביי סטעפּפֿענס'ען. דער נייער סיטי-עדיטאָר האָט מיר ניט געשטערט. ער האָט געװאוסט פֿון דעם הױפּט-רעדאַקטאָר, אַז מיר גיט מען אַ פֿרייע האַנד; און פֿערזענליך זיינען מיר געװען אין זייער אַ בעסטע באַציהונגען. עס איז ביי מיר אָבער געװען אַ פֿראַגע פֿון װאָכען, װען איך װעל אַװעקגעהן.

אין די אָװענדען פֿלעג איך אַרבייטען אױף מיינע איינגענע זאַכען. איך האָב אױסגעשריבען אַ קורצע ערצעהלונג און איהר אָפּגעדרוקט אין „אײנסלי'ס מעגאַזין". אַ צװייטע ערצעהלונג, די דערמאָנטע „דמיטרי ענד זינריד", האָב איך אױך אָפּגעדרוקט אין „קאָסמאָפּאָליטען".

2
„מאַק-דרייקינג" — „די שאַנד פֿון שטעדט".

סטעפּפֿענס האָט געשלאָסען אַ קאָנטראַקט מיט „מעקקלױר'ס מעגאַזין". זיין אַרבייט איז באַשטאַנען אין באַזוכען געװיסע אַמעריקאַנער שטעדט, אױסשפּאַרשען זייערע קאָרופּטע רעגירונגען און דאָס באַשרייבען.

228באַזוכט אין דער װעלט. ער איז געװען פֿול מיט באַגייסטערונג פֿאַר דעם אַבאָריגינעם לעבען, װאָס ער האָט דאָרטען געפֿונען און פֿאַר זיין נייע אַרבייט. אַזױ שמועסענדיג, האָבען מיר שפּאַצירט איבער בראָדװיי. אין זיינע ריד האָב איך דערפֿיהלט אַ נייעם טאָן. ער האָט גערעדט מיט ענטוזיאַסם װעגען די קאַפּיטאַליסטישע רױבעריען. זיינע װערטער האָבען געקלונגען מיט אַ אינטערעס אין סאָציאַלע פֿראַגען און מיט אַ צאָרן אױף דעם גרױסען סאָציאַלען אומרעכט, װאָס ער האָט גענומען פֿיהלען.

— װאָס טיפֿער איהר גראָבט זיך אַריין אין דער אונטער-זוכונג פֿון קאָרופּציאָן, אַלץ מעהר איבערצייגט איהר זיך, אַז דער קאַפּיטאַליום איז דער קװאל פֿון אַלעם שלעכטעם — האָט ער גע-זאָגט. — װען מען מאַכט אונטערזוכונגען װעגען דער אמת'ער פֿאַרברעכ-קייט פֿון פּאָליטישענס, זעהט מען אַז דער אמת'ער פֿאַר-ברעבער איז אַ קאָרופּטער קאַפּיטאַליסט. און אַפֿט איז דאָס איינער פֿון די „נאָבעלסטע" פֿילאַנטראָפּען. מענשעלע מיט אַ גרױסען איינפֿלוס און אָהן אַ שפּרינקעלע אױף זייערע נעמען, זייען זיך אַרום צו זיין אַ אמת'ע שװינדלער, װעלכע בא'גנב'ענען די שטעדט, די סטייט אָדער די יוניטעד סטייטס.

קורץ: דאָס װאָס איך בין נים אימשטאַנד געװען צו מאַ-כען מיט מיינע אַנשטרענגונגען אים צו פֿאַראינטערעסירען אין סאָ-ציאַליום, דאָס האָבען אױספּגענומען זיינע איינענע באָאַבעכטונגען אַלס רעפֿאָרמטער פֿאַר „מעקקלױר'ס מעגאַזין".

אין די שטאַדט-רעדנירונגען האָט ער געפֿונען אַזעלכע גנבות און שװינדלעריי, אַז ער איז געװאָרען אַ קריטיקער פֿון דעם גאַנצען סאָציאַלען לעבען. פֿריהער פֿלעגט ער אַזעלכע פֿראַגען אױסלאַכען מיט מ'ן האָט אַלם לאַנגװיילינע ענינים. איצטער זיינען זיי ביי אים געװאָרען דער װיכטיגסטער און אינטערעסאַנטסטער געגענ-שטאַנד.

װען זיינע אַרטיקלען האָבען זיך אָנגעפֿאַנגען צו דרוקען אין „מעקקלױר'ס מעגאַזין", האָבען זיי געמאַכט אַ סענסאַציע. ער איז באַרימט געװאָרען. מען פֿלעגט אים רופֿען „קינג אָװ דהי מאָק-רייקערס" (דער קעניג פֿון די װאָס האָבען ליב זיך צו ריהען229אין מיסט; דער קעניג פֿון די „חטאים זוכער"). אָבער „מעקקלױר'ס מעגאַזין" האָט דורך דיזע „מאָק-רייקינג" אַרטיקלען געװאוּנען אי-בער הונדערט טױזענד סירקיוליישאָן.

אַנדערע זשורנאַלען האָבען אױך איינגעפֿיהרט אַזאַ „פֿי-טשור". „מאָק-רייקינג" איז אין דער זשורנאַליסטישער װעלט פֿון אַמעריקאַ געװאָרען די הערשטע מאָדע. אַזױ װי אַלע מאָ-דעם, האָט דאָס אָנגעהאַלטען נאָר אַ געװיסע צייט (ביי עטליכע יאָהר). אין גאַנצען איז זי אָבער קיין מאָל ניט אױסגעגאַנגען.

זעהן װי מען רייסט פֿון יענעם אַראָפּ די מאַסקע האָט מען אימער ליב. סטעפּפֿענס'עס קריטיקען זיינען אָבער געװען עהרליכע, ערנסטע און אמת'ע, און זיי האָבען אױפֿגענומען פֿיל גוטעם.

ער האָט פֿאַרגעשטעלט טיפֿען פֿון קאָרופּטע „באַסעם" אין פֿילאַדעלפֿיע, פּיטסבורג, סינסינאַטי און אַנדערע שטעדט. אַלע דיזע אַרטיקלען זיינען דערנאָך אָפּגעדרוקט געװאָרען אין אַ בוך-פֿאָרם, אונטער'ן נאָמען „די שעים אָװ סיטיס" (די שאַנד פֿון שטעדט). װען דער בוך איז ערױסגעגאַנגען אַלם אַ בעלעטריסטישע װערק, האָט עס אױך געמאַכט אַן איינדרוק. די טיפֿען זיינען אַזױ װי לעבעדיגע, די באַשרייבונגען זיינען פֿול מיט קראַפֿט.

איין מאָל, אַ געװיסע צייט שפּעטער, האָב איך איהם באַ-זוכט. אין שטוב האָט מען זיך געפּאַקט. די פֿאַמיליע האָט געהאַלטען ביים אַריבערציהען זיך אױף אַן אַנדער דירה. נאָך די ערשטע מינוטען פֿון באַגריסונג, האָבען מיר זיך צורעדט, און ריידענדיג האָט ער פֿאָרטגעזעצט צו פּאַקען זיינע ביכער. אַלע װיילע פֿלעגט ער זיך אָפּשטעלען, כדי צו קענען בעסער ריידען. אַ היבשע צייט האָבען מיר אַזױ געשמועסט.

230לױט זיינע ראַדיקאַלע נעדאַנקען, אַ מאָנאַט-שריפֿט מיט'ן נאָמען „דהי אַמעריקען מעגאַזין".*

אַזױ שמועסענדיג פֿרעג איך ביי איהם: „װעם דער נייער זשורנאַל האָבען עפּעס נייע איינפֿיהרונגען אין זיין ליטעראַרישער אָפּטיילונג?"

ער האָט מיר געענטפֿערט אַז יאָ, און ער האָט דערמאָנט אַ פֿאַר איינצעלהייטען. באַלד האָט ער זיך אָבער אַליין אונטער-בראָכען:

— אַ, לאָמיר בעסער ריידען װעגען סאָציאַליום.

איך האָב איהם דערמאָנט אַז אַן ענליכען אָבער פֿונקט פֿאַר-קערטען אַנטװאָרט, װאָס ער פֿלעגט מיר געבען מיט אַ פֿאַר יאָהר צוריק, װען איך פֿלעג מיט איהם פּרובען ריידען װעגען סאָציאַ-ליום. ער פֿלעגט מיר דאַן אָפּהאַלטען און זאָגען:

— אַ, לאָמיר בעסער ריידען װעגען ליטעראַטור.

ער האָט זיך צולאַכט, און מיר האָבען גערעדט װעגען דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג.

3
אין די קעטסקילם. — פּױגלער. — דער שאַם אױף פּרע-זידענט מעקקינלי.

זינט איך בין אָנגעקומען אין „קאָממױרשעל אַדװערטייזער", בין איך און מיין פֿרוי אױף מיין װאַקיישאָן (צװיי װאָכען אין אױ-גוסט) געפֿאָהרען אין די קעטסקיל בערג. פֿריהער האָבען מיר פֿון אַזאַ לוקסום ניט געװאוּסט.

אין דעם זומער פֿון 1901 האָבען מיר די צװיי װאַקיישאָן װאָכען פֿאַרבראַכט אין האָנטער, אין דעם „אַלפּין" האָטעל, ניט אין דער שטעדטעלע גופֿא, נאָר אױף יענער זייט פֿון אַ קלײנעם טײכעל.

231מיין גרעסטער פֿאַרגעניגען פֿלעגט דאָרטען זיין צו באַאָבאַכטען פּױגלער, און אַלם הילף דערצו האָב איך געהאַט צװיי ביכער װעגען אַמעריקאַנער פּױגלער און אַן אָפּעראַ גלאָז (בינאָקל). מיט דער פֿאַרגרעסערער-גלאָז אין דעם האַנט פֿלעגט איך שפּאַצירען דורך פֿעלדער און װעלדער און זיך סטאַרען די פֿליהענדע באַשעפֿענישען צו דערקענען לױט זייער געזאַנג, פֿאַרבען, אָרט פֿליהען, געבױ פֿון דעם קערפּער, פֿאָרמע פֿון דעם שנאָבעל.

אָפֿט פֿלעג איך אַזױ פֿאַרגאַהען גאַנץ װייט, צוהערענדיג זיך צו די פֿאַרשיידענע פּױגעל-טענער, נאָכגאַנגענדיג זיך נאָך דער אָדער יענער פּױגעלע און מיהענדיג זיך איהר צו דערזעהן דורך גע-דיכטע צװייגען אָדער קוסטעם. אַ באַצױבערנדער „ספּאָרט" איז דאָס געװען. דער דאָזיגער אינטערעס האָט זיך ביי מיר אָנגע-פֿאַנגען צו ענטװיקלען מיט אַ פֿאַר יאָהר פֿריהער, זינט מיר האָ-בען אָנגעהױבען צו פֿאָהרען אין „קאָנטרי" אױף װאַקיישאָנס. אָבער דאָ, אַרום דעם אַלפּין האָטעל, האָב איך גאַנצע טעג אױף דעם פֿאַרבראַכט. אַרום פֿינף אוהר פֿאַרטאָג פֿלעג איך שױן אַרום-שפּאַצירען מיט מיין אָפּערע גלעז — אַזױ ביז פֿריהשטיק, און נאָך מיטאָג װידער, ביז פֿינסטערניש.

ניט סתם אַ ספּאָרט. ליטעראַטור איז דאָס ביי מיר געװען. זינט איך בין באַהאַװעט געװאָרען פֿון דעם צױבער װאָס לינט אין שרייבען בעלעטריסטיק, האָבען ניט נאָר מענשען פֿאַר מיר באַקו-מען אַ נייעם אינטערעם. דער הימעל און די ערד, די פֿעלדער און די װעלדער, זייערע קאָלירען און זייער מוזיק האָבען איצט געהאַט גאָר אַן אַנדער טעם ביי מיר. אַ בױם, אַ לאָנקע, אַ פֿעלד-בלום, אַ גאַנצער שטח פֿון פֿעלד-בלומען, אַ פֿערד-און-װאָגען אױפֿ'ן װעג — אַלץ האָב איך מיט נייע אױגען געזעהן. אין אַלץ האָב איך געמאַכט ענטדעקונגען. אין די קעטסקילם האָב איך פּױגלער ענטדעקט. אַזױ װי איצט װאָלט איך זיך אַרום געזעהן אַז זיי עקזיסטירען אױף דער װעלט.

די קאָמפּאַניע אין דעם האָטעל איז געװען אַן אַנגענעהמע: עטליכע אינטעליגענטע אידישע יונגע לייט, סקול טיטשערס, און אַ פֿאר אינטעליגענטע קריסטען — אַ שרייבערין און אַ לעהרער232פֿון אַ מיליטערישער אַקאַדעמיע. עס איז געװען פֿרעהליך, און די באַרג לופֿט איז געװען אַ מחיה.

פּלוצלונג, אין אַ פֿריהמאָרגען, נאָך אַ ברעקפֿאַסט, איז אָנגע-קומען אַ נאַכריכט, אַז אַ פּױלישער יונגערמאַן מיט'ן נאָמען טשאָלגאָש, אַן אַנאַרכיסט, האָט אין באָפֿאַלאָ געשאָסען פּרעזי-דענט מעקקינלי, און אַז דער פּרעזידענט האַלט ביים שטאַרבען. טשאָלגאָש איז געװען אַרעסטירט.

צו דעם ענד פֿון מיין װאַקיישאָן איז נאָך געװען אַ פֿאַר טעג. איך האָב אָבער ניט געקענט אײנזיצען. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט װי עס קאָכט די שטאָדט. מיר האָט זיך געװאָלט װיסען איינצעלהייטען. מיר האָט זיך געװאָלט זעהן די גענאָסען.

איך האָב אין דעם זינלאָזען גװאַלד-טאַט געזעהן אַ באַשטעטיגונג װי זינלאָז עס איז דער גאַנצער אַנאַרכיזם, װעלכען מיר פֿלעגען אַזױ באַקעמפֿען. איך בין גלייך אַװעקגעפֿאָהרען קיין ניו יאָרק.

דער פּרעזידענט איז געשטאָרבען. די צייטונגען זיינען גע-װען פֿול. אַן אונגעהײערע אױפֿרעגונג האָט געהערשט ניט נאָר געגען אַנאַרכיסטע, נאָר געגען סאָציאַליסטען אױך.

טשאָלגאָש האָט דער פּאָליציי געזאָגט, אַז ער האָט בייגע-װאױנט אַנאַרכיסטישע מיטינגען; אַז ער האָט געהערט עמא גאָלד-מאַן רעדען, און אַז זיי האָבען אױף איהם געװירקט. האָט מען אַרעסטירט עמאַ גאָלדמאַן. מען האָט איהר אָפּגעהאַלטען אַ געװיסע צייט און אַרױסגעלאָזען.

4
אַ טייערער גאַסט. — אַ װאַקסענדער חשד.

איין מאָל, װען איך בין געזעסען ביי מיין אַרבייט, אין דעם נייעם אָפֿיס פֿון דעם „קאָממױרשעל אַדװערטייזער", קומט צו מיר צו איינער פֿון די באָים מיט אַ צעטעלע, אױף װעלכען עם איז גע-װען אױפֿגעשריבען דער נאָמען סטאָלעשניצקי. דאָס איז געװען אַ רוס, אַ סאָציאַליסט, איינער פֿון אונזערע בעסטע חברים אין ניו-יאָרק (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 18 און פֿיידזש 34). איך בין אַרױסגעגאַנגען צו איהם. ער האָט מיר איינגערױמט אַ סוד:

233רעװאָלוציאָנער. ער רופֿט זיך אַללעמאַן. דאָס איז אָבער ניט זיין ריכטיגער נאָמען. קומט מיט אײער פֿרוי הײנט אױװענד צו דר. אינגערמאַן אין הױז.

דר. סערגעי אינגערמאַן'ען האָב איך, איינגענטליך, באַדערפֿט דערמאָנען אין דעם דריטען באַנד, װאָרים ער האָט געשפּילט אַ װיכטיגע ראָלע אין אונזער רוסישער קאָלאָניע. ער איז געװען דער פֿיהרער פֿון די רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען אין ניו-יאָרק.

אַליין איז ער געװען פֿון אָדעם, אָבער ער האָט געשטודירט אין דער שװייץ, און דאָרטען איז ער באַפֿריינדעט געװאָרען מיט פֿלע-כאַנאָװ'ען און איז געװאָרען אַ הײסער אָנהיינגער זייניגער). ער פֿלעגט ביי אונז אָפֿט האַלטען לעקטשורס (אױף רוסיש). אַ ביסעל שפּעטער נאָך איהם איז געקומען אין אַמעריקאַ זיין פֿרוי, אַננאַ אינגערמאַן, אױך אַ דאָקטער, און אױך אַ רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטקע.

יענעם אױװענד, אַזױ, בין איך מיט מיין פֿרוי געקומען צו די אינגערמאַנס (אױף 112טער סטריט לעבען לעקסינגטאָן עװעניו). מען האָט אונז פֿאַרגעשטעלט דעם גאַסט: אַ הױכער מאַן, אין די מיטעלע יאָהרען, מיט אַ בלאָנדע באָרד. מען האָט איהם אונז פֿאַרגעשטעלט אַלס אַללעמאַן. מען האָט אונז אָבער גלייך ער-קלערט, אַז דאָס איז קיין אַנדערער װי דער באַרימטער לעאָן דייטש („אַללעמאַן" איז די פֿראַנצױזישע איבערזעצונג פֿון דעם װאָרט „דייטש"). נאָך אין די 70-טע יאָהרען האָט ער געשפּילט אַ גרױ-סע ראָלע צװישען די רעװאָלוציאָנערען פֿון זיד-רוסלאַנד. ער איז געװען איינער פֿון די עלטסטע מיטגלידער פֿון די ערשטע רוסישע גרופֿען, איינער פֿון די צװיי הױפּט-פֿיגורען פֿון דער באַרימטער טשערניגאָװינסקער קאָנספּיראַציע. דערנאָך איז ער געװען איינער פֿון דריי רעװאָלוציאָנערען, װעלכע זיינען אױף אַ מערקװירדינען אופֿן אַנטלאָפֿען פֿון דער קיעװער טורמע אין 1879. שפּעטער, אין דער שװייץ, האָט ער אַנטײל גענומען, צוזאַמען מיט פּלעכאַנאָװ'ן און אַקסעלראָד'ן, אין דער גרינדונג פֿון דער סאָציאַל-דעמאָקראַטי-שער גרופֿען, פֿון װעלכער עס איז נאָכהער אַרױסגעװאַקסען די סאָ-ציאַליסטישע אַרבייטער באַװעגונג אין רוסלאַנד; און נאָך שפּעטער, אין רוסלאַנד, איז ער װידער ערעסטירט געװאָרען.

לעאָ דייטש · סערגעי אינגערמאַן
לעאָ דייטש · סערגעי אינגערמאַן
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 234)

234מען האָט איהם פֿאַרשיקט אױף קאַטאָרגע, און װאו ער האָט זיך אָפֿגעמוטשעט עטליכע צעהנען יאָהר. פֿון קאַטאָרגע האָט מען איהם אַרױס-געלאָזען אױף צו װאוּינען אונטער פּאָליציי אױפֿזיכט אין סיביר. פֿון דאָרטען איז ער אַנטלאָפֿען, און דורך יאַפּאַן איז ער געקו-מען קיין אַמעריקאַ. אַזױ װי ער איז געשטאַנען אין די נאָהענט-סטע באַציהונגען מיט פּלעכאַנאָװ'ן, און אינגערמאַן האָט זיך מיט פּלעכאַנאָװ'ן אימער קאָרעספּאָנדירט, האָט ער געהאַט אינ-גערמאַן'ס אַדרעם.

דאָס איז געװען אַ זעלטען אַנגענעהמער אױװענד פֿאַר מיר. איינער פֿון די ערשטע זאַכען, װאָס איך האָב געזאָגט סטאָלעשני-צקאָװ'ן, װען ער איז געקומען מיר איינלאַדען, איז געװען װעגען אײנעם מיט'ן נאָמען עװאָלענקאָ. װעלכען איך האָב חושד געװען, אַז ער איז אַ רוסישער שפּיאָן. איך האָב סטאָלעשניצקאָװ'ן געװאָרנט, אַז װעגען דעם גאַסט טאָר עװאָלענקאַ ניט װיסען.

נאָכהער האָב איך צוזאַמענגעבראַכט דייטש'ן מיט מיללער'ן. מיין פֿרוי האָט אױסגעדריקט די מיינונג, אַז אונטער די אומשטענ-דען טאָר דייטש דאָ ניט בלייבען אין אַמעריקאַ. די מהומה מיט פּרעזידענט מעקקינלי'ס טױט איז נאָך געװען פֿריש. דער האָס געגען אַנאַרכיסטען, און, צוליב זיי, געגען סאָציאַליסטען אױך, איז געװען שטאַרק. ביי דער אַמעריקאַנער מאַסע איז אייגענ-לעך ניט געװען קיין אונטערשייד; און דאָ איז געקומען אַ רו-סישער רעװאָלוציאָנער, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון סיביר; אַ רוסישער רעװאָלוציאָנער האָט ביי די אַמעריקאַנער געהייסען אַ באָמבען-װאָרפֿער. מען װאָלט דייטש'ן אפֿשר ערקלעהרט פֿאַר אַ געפֿעהר-ליכען אַנאַרכיסט, און װער װייסט, אפֿשר שיקט מען איהם צוריק קיין רוסלאַנד... אַזױ, איז מיין פֿרוי געװען אומרוהיג.

מיר זיינען מיט איהר געדאַנק געװען איינפֿאַרשטאַנען און מיללער האָט זיך גענומען איבערצײגען דייטש'ען, אַז ער מוז װאָס שנעלער אָפּפֿאָהרען. אין אַ קורצער צייט אַרום האָבען מיר דעם ליבען גאַסט באַגלייט צום שיף.

מיט עטליכע טעג שפּעטער איז עװאָלענקאָ געקומען צו מיר,235כלומרשט נאָך אַ בוך. דער תירוץ איז געװען צו דייטליך. שמוע-סענדיג מיט מיר האָט ער פּלוצלונג אַ זאָג געטאָן:

— איהר מיינט אפֿשר ניט, אַז דייטש איז דאָ געװען? פֿאַר אַזאַ חבר װי איך, היט איהר זיך

דער טאָן, מיט װעלכען ער האָט דאָס געזאָגט, האָט מיר בלױז באַשטעטיגט, אַז ער איז אַן אַגענט פֿון דער רוסישער גע-היימער פּאָליציי. פֿאַר איהם איז געװען װיכטיג צו דעפֿשירען צו איהר אַז דייטש איז דאָ, כדי זי זאָל זעהן, אַז ער שלאָפֿט ניט.

עװאָלענקאָ איז געװען דורכגעמישט מיט דער רעװאָלוציאָנערער רוסישער קאָלאָניע. אין אַלץ האָט ער אַנטײל גענומען, און אַלע װיכטיגע מיטגלידער פֿון דער קאָלאָניע פֿלעגען איהם באַזוכען. ער פֿלעגט זיין איינגעלאַדען, מכבד זיין, געבען געלט פֿאַר דער באַװע-גונג און זיך קהל'ען װי אַן איבערגעגעבענער טהעטיגער סאָציאַליסט. קיין סך רעספּעקט האָט מען צו איהם ניט געהאַט. מען האָט איהם געהאַלטען פֿאַר אַ פּוסטען מענשען און אַ שטיקעל בלאָפֿער. אָבער, װען איך פֿלעג זאָגען, אַז אױך מיר מאַכט ער דעם איינ-דרוק פֿון אַ שפּיאָן, פֿלעגט מען מיך ענטפֿערען, אַז איך נעם איהם צו ערנסטסט. אָבער, װאָס אַ טאָג, איז מיין חשד שטאַרקער גע-װאָרען. דער חשד האָט זיך ענטװיקעלט אין אַ פֿאָלשטענ-דיגע איבערצײגונג — װי מיר װעלען װייטער זעהן.

5
איך פֿאַרלאָז דעם „קאָממױרשעל אַדװערטייזער".

ענדליך האָב איך פֿאַרלאָרען די געדולד צו מיין רעפּאָרטער-אַרבייט. איך בין אַרײן צו ראַט'ן, דעם הױפּט-רעדאַקטאָר, און רעזיגנירט.

— איך האָב דאָס ערװאַרט, — האָט ער געזאָגט מיט אַ פֿריינדליכען שמייכעל. — עס איז פֿאַר אייך קיין באַשעפֿטיגונג ניט.

איך האָב מיט איהם אָפּגעמאַכט, אַז איך װעל שרייבען פֿאַר דער שבת'דינגער בײלאַגע פֿון דער צייטונג. אָבער דאָס איז ניט געװען לאַנגע גענוג. האָב איך װידער גענומען שרייבען פֿאַר דער זונ-טאָג'ס בײלאַגע פֿון דער „ניו-יאָרק סאָן" און געמאַכט אַ פֿאַר-236בינדונג מיט אַ סינדיקאַט פֿון עטליכע צייטונגען פֿון אַנדערע שטעדט. איך האָב געװאָלט מיינע געשעפֿטען אַזױ אַראַנזשירען, אַז איך זאָל האָבען גענוג צום לעבען פֿון אַרטיקלען, װעלכע האָבען מיט אמת'ע ליטעראַטור קײן שייכות ניט. ליטעראַרישע זאַכען װאָלט איך דאַן געקאַנט שרייבען מיט אַ פֿרייען געמיט, אונאָבהענ-גיג פֿון חיונה-פֿראַגען.

די ערשטע צייט האָב איך פֿילע פֿרייע שטונדען פֿאַרבראַכט אױף אַרומגעהן איבער'ן שטאַדט און זאַמלען מאַטעריאַל — פֿאַר בעלעטריסטישע צװעקען, אַזױ גוט װי פֿאַר מיין זשורנאַליסטישע אַרבייט.

6
די דאָמאָלסדיגע צװייטע עװעניו און איהרע קאַפֿעס. — אַ פֿאַר טיפּען.

עטליכע טעמעס האָב איך אין יענע װאָכען פֿאַרצייכענט פֿון מיינע באָאַבאַכטונגען אױף דער ברייטער, זון-באַלױכטע-נער צװייטער עװעניו. זי האָט דאַן געהאַט אַ גאַנץ אַנדער כאַ-ראַקטער װי הײנט. אױף איהר און אױף די זייטישע גאַססען האָט זיך נאָך דאַן געפֿונען אַ גרױסע צאָל דייטשען, אָבער מײסטענס עלטערע מענשען. די איגנערע אײנװאוּינער זיינען דאָס רוב גע-װען אידען פֿון אונגאַרן, דורכגעמישט מיט אידען פֿון בעהמען און פֿון דער שטאָדט װיען. רוסישע און גאַליצישע אידען האָבען שױן אױך גענומען אַריינדרינגען. איהר כאַראַקטער אָבער האָט די עװעניו אין דער גאַנצער געגענד באַקומען פֿון דייטש-ריידענדע, אונגאַרישע, בעהמישע און װיענער אידען. זי איז נאָך אַלץ געװען אַ דייטש-ריידענדע גאַס. די אינטעליגענטע גאַליצישע אידען האָ-בען אױך מײסטענס גערעדט דייטש.

עס איז געװען אַ צימליך קאָכעדיגער קאַפֿע-לעבען. דער כאַראַק-טער פֿון דער שפּיז און פֿון דער קאַפֿע איז געװען קאָפּירט פֿון די װיענער קאַפֿעס, און די סיסטעם און מנהגים — אױך.

מיר האָבען דאַן געװאוּינט לעבען דער צװייטער עװעניו — צוערשט אױף דער 5טער סטריט, דערנאָך אױף דער זיבעטער.

237מיר פֿלעגען אָפֿט פֿאַרברײנגען אין אַ קאַפֿע, װעלכע האָט זיך גע-פֿונען אױף'ן קאָרנער צװייטער עװעניו און 5-טער סטריט. „קאַ-פֿע צענטראַל" האָט זי געהײסען — אַ נאָמען, װעלכען דער באַ-לעבאָס האָט גענומען פֿון אַ באַרימטער װיענער קאַפֿע, װאו ער איז עטליכע יאָהר געװען אַן איינגעהער (אָדער אַ קעלנער).

אין יענער נאַכבאַרשאַפֿט האָב איך געהאַט דייטשע באַקאַנטע צװישען די סאָציאַליסטען. און איך פֿלעג זיך מיט זיי טרעפֿען ענטװעדער אין דער קאַפֿע אָדער אין דעם סאָציאַליסטישען ליי-באַר ליסעאום, װעלכער האָט זיך געפֿונען לעבען דער עװעניו.

די „קאַפֿע צענטראַל" איז געװען דער מיטעל-פּונקט פֿון קרייאָן-אַגענטען — יונגע לייט, װאָס פֿלעגען זוכען קאָסטומער פֿאַר פֿיר-מעס, װעלכע האָבען פֿאַרגרעסערט פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער. דעם פֿאַרגרעסערטען פּאָרטרעט פֿלעגט מען כלומרשט מאַכען אומזיסט. איהר האָט „נאָר" געמוזט קױפֿען אַ גרױסען „גילדענעם" ראָם. און צוזאַמען האָט זיך שױן דאָס געלױנט אי פֿאַר דער פֿירמע אי פֿאַר'ן אידן.

דיזע קריזאַן-אַגענטען פֿלעגען זיך דאָ הױפּטזעכליך פֿאַרזאַם-לען בײטאָג. אין אָװענד פֿלעגט זיך צוזאַמענקומען אַ גאַנץ אַנ-דער עולם.

איינער פֿון די טיפּען, װעלכע איך האָב דאָ באַמערקט, איז געװען אַ צודרײטער דייטש, װעלכער פֿלעגט ליב האָבען צו מאַ-כען זאָנדערבאַרע אױסזאַגען. ער איז אָבער געװען אַ אינטערע-סאַנטער יונג, מיט אײגענאַרטיגע געדאַנקען. גראַד האָב איך מיר באַקומען אַ בריף װעגען פֿעליעטאָנען פֿון דעם רעדאַקטאָר פֿון דעם „באָסטאָן טראַנסקריפֿט" (אַ צייטונג פֿאַר די געביל-דעטער קלאַסען מיט אַ גרױסע ליטעראַרישע אָפּטיילונג צװיי מאָל אַ װאָך). איך האָב דעם טשיקאַװען דייטש פֿאַרגעשטעלט אין אַ סקיצע און אױװעקגעשיקט אַהין. „הער פֿרענקלין" האָט זי געהייסען.

אַן אַנדער צװייטע עװעניו טיפּ האָט ביי מיר גענומען אַ סינ-דיקאַט. דאָרטען האָב איך פֿאָרגעשטעלט אַ דייטשען מוזיקער238פֿון אַ יאָהר עטליכע און דרייסיג. ער איז אַ באַגייסטערטער און פֿאַרטיפֿטער קאָמפּאָזיטאָר, אָבער קיין פּרנסה האָט ער פֿון זיינע װערק ניט. ער גיט מוזיק לעסאָנס. זיין הױפֿט אינטערעס אין לעבען לינט אָבער אין זיינע אײגענע קאָמפּאָזיציעס. פֿילע שטונ-דען נאָכאַנאַנדער זיצט ער ביי דער באַלעבאָסטע אין פּאַרלאָר און שפּילט אױף איהר פּיאַנאָ. און גאַנצענע נעכט זיצט ער אָפֿ-ט ביי זיך אין צימער, שרייבענדיג מוזיק און לעזענדיג ביכער אי-בער מוזיק, װעלכע ער באָרגט אין עפֿענטליכע ביבליאָטעקען, אָדער ביי פּריװאַטע מענשען.

לעסאָנס האָט ער אױך ניט גענוג, ער לעבט זעהר אָרים. די פֿרייע צייט פֿאַרברײנגט ער אין אַ קאַפֿע, װאו עס פֿאַרזאַמלען זיך דייטשע מוזיקאַנטען, דייטשע ליטעראַטען, אַ פֿאַר טעאַטער-קריטיקער פֿון דער דייטשער פּרעסע און אַ פֿאַר אַקטיאָרען פֿון דעם דייטשען טעאַטער. די קאָמפּאַניע האַלט איהם פֿאַר אַ נאַר, אָבער, פֿאַר אַ סימפּאַטישען מענשען. ער האָט אַ פֿאַר אַנהיינגער, װעלכע גלױבען אין זיין טאַלאַנט און װאָלטען איהם װעלען העל-פֿען, נאָר זיי האָבען אַליין קױם אױף אַ טאָס קאַװע. ער רעדט הױפּטזעכליך װעגען װאַגנער'ן. יעדע מינוט לױפֿט ער צו צו דער פּיאַנאָ אין דער קאַפֿע, שפּילט אַ פֿאַר טאַקטען און ערקלעהרט זייער „פֿילאָזאָפֿיש-מוזיקאַלישע" באַדײטונג, װי ער דריקט זיך אױס. דערפֿון שטאַמט דאָס דער נאָמען, װאָס מען האָט איהם גענעבען: „װאַגנער דער צװייטער".

איין מאָל געהט „װאַגנער דער צװייטער" אַרױס פֿון דער היים אױף אַן איינלאַדונג אין אַ רײכע דייטשע הױז, װאו ער ערװאַרט צו קריגען אַ גוטען לעסאָן. ער איז אױסגעפֿוצט. ער געהט אי-בער דער עװעניו אין איילעניש, און דאָך, מיט גרױס װירדע. פֿון איינעם פֿון די דערביייאיגע הײזער קומט אַרױס אַ דייטש מיידעל מיט אַ הונט. די פֿאַליע פֿון דעם מוזיקער'ס אַלטען, אָבער רײנעם, ראָק, ציהען דעם הונט'ס אױפֿמערקזאַמקײט. ער גיט אַ שפּרונג און — און אין דער פֿאַליע װערט אַ ריס אין דער פֿאָרמע פֿון אַ „ד". דער מוזיק-לעהרער איז אַ פֿאַרצװײפֿעלטער, און די מיידעל איז פֿאַרצװײפֿעלט ניט װיינינער װי ער. כמעט מיט טרערען אין די אױגען ענטשולדינט זי זיך פֿאַר איהם און239בעט איהם ער זאָל אַרײנקומען מיט איהר אין איהר מוטער'ס הױז. ער פֿאָלגט. די מיידעל נעמט זיך פֿאַרנייען דעם ריס. ער פֿאָלגט.

אױף דיזען אַרט װערען זיי באַקאַנט. פֿון דער באַקאַנטשאַפֿט װערט אַ ראָמאַן, און פֿון דעם ראָמאַן אַ חתונה. דער מיידעל'ס מוטער, די אלמנה, האַלט צימערען, מאַכט אַ לעבען, און די מיי-דעל האָט ערגעץ-װאוּ אַ שטעלע. ביידע פֿאַרגעטערען זיי דעם מוזיקער. מען קעכעלט איהם, מען באַזאָרגט איהם מיט אַלעם נױטיגענס. בשעת ער שפּילט אױף זיין פּיאַנאָ אָדער ער זיצט איבער זיינע נאָטען, טאָר אַ פֿליג ניט דורכפֿליהען.

אין דעם בילד, װעלכער איז ערשינען אין די צייטונגען פֿון עטליכע אַמעריקאַנער שטעדט, איז דער „סקעטש" נאָר אָנגעװאָר-פֿען. דאָרטען איז אַרױסגעבראַכט געװאָרען די קאָמישע זייט מעהר װי די ערנסטערע און אמת-אינטערעסאַנטע זײטעל פֿון דעם כאַראַקטער. איך האָב געהאַט אין זינען די זעלבע זאַך צו בעאַר-בייטען און צו מאַכען פֿון דעם אַ פֿאַרענדיגטען פּאָרטרעט, מיט אַ שטיקעל פֿון דעם לעבען אונטער די ספּעציעלע צװייטע עװעניו אומשטענדען פֿון יענער צייט. דיזער פּלאַן אָבער איז קיינמאָל ניט מקוים געװאָרען.

אױף דער צװייטער עװעניו, צװישען דער ניינטער און צעהנטער סטריט, איז געװען אַ הױז, אין װעלכער עס האָבען זיך געװאוּינט אַלטע אַמעריקאַנער — צװיי שװעסטער, דאַכט זיך. די הױז איז געװען אַ ניעדערע, צװישען צװיי גרעסערע, האָ-בען זיי שלעכט אױסגעזעהן. זיי האָבען איהר גע'ירש'ט פֿון זייערע עלטערען נאָך אײדער אין יענע קװאָרטאַלען האָ-בען זיך געפֿונען אידען, אָדער דער אימיגראַנטען איבערהױפֿט. איצט זיינען זיי געװען די אײנציגע יאַנקעס אין דעם גאַנצען געגענד. אױף קאַרנער ניינטע סטריט איז איצט געװען אַן עסטרײכ-אידישע קאַפֿע, און די אַלטע אַמעריקאַנערינס זיינען געװען זעהר אומצופֿרידען דערפֿון. זיי פֿלעגען זעלטען אַרױסקומען פֿון הױז. װי אין אַ קלױסטער האָבען זיי געװאוּינט, אַזױ װי זיי װאָלטען זיך געװאָלט פֿאַרשליסען אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, װען אױף יענער גאַס האָבען נאָך געװאוּינט קיין אױסלענדער.

איך האָב זיך אָנגעהערט אינטערעסאַנטע איינצעלהייטען װעגען זייער לעבען. דערנאָך בין איך באַקאַנט געװאָרען מיט אַנ-240דערע פֿאַקטען פֿון דיזען סאָרט — װעגען אַלטע אַמעריקאַנער פֿאַמיליען װאָס זיינען געבליבען אין אַנדערע טיילען פֿון דעם שנעל-װאַקסענדען אידישען קװאָרטאַל.

אױף איסט פֿינפֿטער סטריט, צום ביישפּיל, איז געשטאַ-נען אַן אַלטע הױז, װעלכע איז כמעט אימער געװען פֿאַרשלאָסען. נאָר איין מאָל אַ יאָהר פֿלעגט אַהין קומען אַן אַמעריקאַנער זקן פֿון אַ יאָהר אַכציג מיט צװיי יונגע באַגלייטער. זיי פֿלעגען דאָר-טען פֿאַרברעננגען אַ פֿאַר שטונדען, און די הױז װידער פֿאַרשלי-סען. פֿון צייט צו צייט פֿלעגט אױך קומען אַ דינער אױסלױפֿ-טערען די צימערען.

װען עס האָט זיך אָנגעהױבען דער „בום" אױף ריעל עס-טייט, און דער פּרייז אױף אַ שטיקעל לאַנד אין שטאַדט איז גע-װאַקסען װי אױף הײװען, האָבען אידישע ספּעקולאַנטען גענומען אױפֿזוכען אַזעלכע אײגענטימער, און אַנבאָטען זיי אַ פֿרייז פֿאַר זייער פּלאַץ. די דערמאָנטע צװיי שװעסטער און דער אַכציג-יעריגער זקן האָבען אַ לאַנגע צייט ניט געװאָלט הערען דערפֿון. סוף-כל-סוף איז אָבער דאָס אײגענטום פֿאַרקױפֿט געװאָרען.

7
שפּאַצירען איבער די אימיגראַנטען-קװאָרטאַלען. — אַ אי-דישע פֿאַמיליע. — אַן איטאַליעניש בוך-פּעדלער. — „פּנים'ס חתנים".

אַ סך צייט פֿלעג איך פֿאַרברעננגען אין די אימיגראַנטען-קװאָרטאַלען — אין דעם אידישען און איטאַליענישען, און אין דעם גריכישען, װעלכער האָט דאַן גענומען װאַקסען; אױך אין דעם אַרמענישען, שװעדישען, סיריישען, בעהמישען; און אַמאָל אין דעם פּױלישען קװאָרטאַל פֿון ברוקלין. איך פֿלעג אַרומשפּאַ-צירען, באַזוכען די דאָרטיגע קאַפֿעס, סטאָרס, פֿאַרבינדען גע-שפּרעכען מיט אַלערליי מענשען.

איך האָב ניט געהאַט קיין ספּעציעלען צװעק דערביי; מיר האָט געצוּינגען אַן אַלגעמיינער אינטערעס אין דעם פֿיל-פֿאַרבינגען לעבען פֿון ניו יאָרק, און דער געדאַנק אַז אַמאָל װעל איך דאָס אױסנוצען אַלס ליטעראַרישען מאַטעריאַל. אַ חוץ דעם, איז דאָס241געװען אַן אַנגענעהמער צייט-פֿאַרטרייב און „עקסערסייז", גוט פֿאַר'ן געזונט.

דורך דעם אַלטען אידישען קװאָרטאַל, דאוּנטאַון, פֿלעג איך שפּאַצירען גאַנץ אָפֿט.

צװישען די בילדער װאָס איך האָב אין יענע מאָנאַטען דאָרטען פֿאַרצייכענט איז געװען אַ פֿאַמיליע מיט װעלכער איך בין באַקאַנט געװאָרען דורך קאַצענעלענבאָגען'ס ספרים-געשעפֿט אױף קאַנעל סטריט. דאָס איז דער זעלבער קאַ-צענעלענבאָגען, מיין לאַנדסמאַן, װעלכער איז דערמאָנט אין דעם צװייטען באַנד (פֿיידזש 374). ביי איהם אין סטאָר פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען פֿאַרשיידענע מענשען, און איך פֿלעג איהם באַזוכען גאַנץ אָפֿט.

די באַטרעפֿענדע פֿאַמיליע איז באַשטאַנען פֿון אַ מאַן מיט אַ פֿרױ, מיט אַ טאָכטער, אַ מיידעל פֿון אַ יאָהר פֿופֿצעהן. זיי זיינען געװען פֿון אַדעס, און זיי זיינען געקומען קיין אַמעריקאַ גאָר ניט װי אימיגראַנטען פֿלעגען געװעהנטליך קומען אין יענע צייטען. זיי זיינען געפֿאָהרען מיט'ן צװייטען קלאַס. זיי זיי-נען געװען גוט געקליידעט, און זיי האָבען מיטגעבראַכט עטליכע גרױסע קאַסטענס מיט זאַכען. דער מאַן האָט אין דער היים גע'ירש'ט אַ גרױסען געשעפֿט. נאָר זיין פֿאָטער'ס טױט האָט איהם גענומען גאָהן „מיט דער פֿוטער אַראָפּ". האָט מען זיי געראַטען אַרױסצוראַטעװען װיפֿיל זיי װעלען קענען, אױסקפֿאָהרען אין דער „גאָלדענער מדינה" און מאַכען דאָ אַ געשעפֿט. און אַזױ האָבען זיי געטאָן. װייניגסטענס ביז דעם פּונקט װעגען מאַכען אַ גע-שעפֿט אין אַמעריקאַ.

קומענדיג קיין ניו יאָרק, האָבען זיי גענומען אַ קװאָרטיר פֿון עטליכע רומס און אַ דינסט, און זיי האָבען זיך אָנגעהױבען צו פֿיהרען אױף זייער הײמישען שטייגער. דער מאַן האָט זיך גע-דונגען אַ לעהרער אױף ענגליש. ער האָט אָבער קיין געדולד ניט געהאַט צו לערנען. האָט ער דעם לעהרער אױסגעלערענט שפּילען „אַקע" און ער פֿלעגט ביי איהם פֿאַרשפּילען היבשע סומען.

242די פֿרױ האָט זיך געדונגען אַן אַמעריקאַניזירטע אימיגראַנט-קע, װאָס זאָל איהר פֿיהרען װייזען די נאָסען. זי האָט איהר גערופֿען „מיין באַגלייטערין". די „באַגלייטערין" האָט נאָכגעהער-ביי זיי געװאוּינט, געגעסען און געטרונקען; זיי האָבען איהר גע-נומען אין טעאַטער, געספּענדעט אױף איהר. די פֿרױ האָט זיך יאָ געלערענט ענגליש. זי האָט דאָ געקראָגען אַ חבר'טע, און װעלכע פֿלעגען צו איהר ריידען ענגליש און זי פֿלעגט זיי ענטפֿערען אױף רוסיש.

זיי זיינען געװען גוטהאַרציגע מענשען, און װער פֿון זייערע באַקאַנטע עס האָט נעדאַרפֿט געלט, פֿלעגט ביי זיי „באָרגען".

זיי האָבען דאָ געהאַט קרובים, און די קרובים האָבען ביי זיי גע-מוסר'ט װאָרום זיי פֿאַרטאַכלעװען זייער געלט; אַז די ערשטע צייט האָבען זיי באַדאַרפֿט לעבען קאַרג און זעהן צו קױפֿען אַ ביז-נעם. האָבען זיי געפּרואוּװט קאַרגען. זיי האָבען אַרױסגעצױגען אין אַ קלעגנערער קװאָרטיר און געמאַכט אַ פּרואוּװ צו לעבען אָהן אַ דינסט. דאָס איז אָבער פֿאַר דער פֿרױ געװען אונמעגליך. אַ חוץ דעם: טאָמער האָט זי דערזעהן אױף גרענד סטריט עפּעס אַ קלייד אָדער אַ שמאַטעם, װאָס איז איהר געפֿעלען, האָט זי דאָס געקױפֿט. די שטוב איז געװען פֿול מיט די בעסטע שפּייזען, און אַלע אָװענד זיינען געװען געסט.

איין מאָל איז די פֿרױ געגאַנגען צופֿוס ביי דרייסיג בלאָק אום איינצושפּאַרען פֿינף סענט סטריט קאַר-פֿעיר. האָט זי אָבער אױפֿ'ן װעג געספּענדעט דריי דאָלאַר אױף אַ פֿאַכער זיך אָפּצוקיהלען.

אױך האָבען באַקאַנטע ביי זיי געבאָרגט אַ היבשע סומע. דער סוף איז געװען, אַז זיי זיינען געבליבען אָהן אַ פּעני און מען האָט געמוזט זיי װי װי עס איז אַװעקשיקען צוריק קיין אַדעס, װאו זיי האָבען געהאַט װאָהל-האָבענדע קרובים.

צװישען די טיפּען, װאָס איך האָב ארום דער זעלבער צייט באַגעגנענט אין דעם איטאַליענישען קװאָרטאַל, איז געװען אַ פּעד-לער פֿון איטאַליענישע מעשה-ביכלאַך. שטעהענדיג לעבען זיין װעגנעלע פֿלעגט ער אַליין דערצעהלען מעשות, װעלכע פֿלעגען צו-ציהען צוהערער, און װען עס פֿלעגט זיך אַנקלייבען אַ קראָוד,243פֿלעגט ער זיי נעהמען פֿאַרזיכערען, אַז די מעשות פֿון זיינע ביכ-לאַך זיינען נאָך אינטערעסאַנטער װי די, װאָס ער האָט זיי דער-צעהלט. אױך דיזען אַרט פֿלעגט ער זיי צוריידען צו קױפֿען זיין סחורה. אַ צװייטער פֿון זיינע מיטלען איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער פֿלעגט זיי דערצעהלען דעם אָנהױב פֿון אַ ראָמאַן, און װען ער פֿלעגט קומען צו די „רעכטע געריכטע", פֿלעגט ער זאָגען:

„װאָס װייטער איז געװען װעט איהר געפֿינען אין דיזען מערקװירדינען בוך".

איך האָב געפֿונען אַן איבערזעצער, און דורך איהם האָב איך מיט דעם דערצעהלער געהאַט אַ געשפּרעך.

ער איז געװען אַן אינטערעסאַנטער פֿלינקער יונג, מיט אַ פּראָדוקטיװער איינבילדונגס-קראַפֿט, מיט בלומען-פֿראַזען, אין װעל-כע עס האָט זיך אָפֿט באַגעגענט אַ נשקשה'דיגע שטיקעל פֿאָעזיע.

אַ דערבייאיגער שניידער, אַ איד, װעלכער האָט זיך אױס-געלערענט ריידען איטאַליעניש פֿון זיינע קאָסטומער, האָט דעם דערצעהלער פֿאַר מיר כאַראַקטעריזירט אַלס דעם גרעסטען ליגנער, װאָס ער האָט װען עס איז געזעהן.

— קיין װאָהר װאָרט איז אין אים ניטאָ, — האָט ער גע-זאָגט, — און איהר האָט באַדאַרפֿט הערען װאָס פֿאַר אַ קונציגע ליגנערס!

ער האָט מיר געגעבען אַ פֿאַר ביישפּילן, און זיי זיינען אױך געװען אינטערעסאַנטע, אױך מיט אַ פֿונק פֿאָעזיע.

אַ געװיסע צייט האָב איך געאַרבייט אױף אַ לענגערע ער-צעהלונג אונטער דעם נאָמען „פּנני ענד האַר סױטאָרס" (פּעננ און איהרע התנים). איך האָב געװאָלט פֿאָרשטעלען אַ געװיסען טיפּ פֿון אַ ניט-פֿאַרהייראַטע מיידעל, פֿאַרשיידענע טיפֿען מע-נער, װאָס האָבען זיך גע'שדכ'ט צו איהר און איהר דורכלעבונ-גען ביי יעדען שידוך. איך האָב אױף דיזער זאַך געאַרבייט אין פֿרײע אונבאַשטימטע שטונדען — פֿון צייט צו צייט. איך האָב גע-גלױבט, אַז מיט דער צייט װעל איך זיך נעמען ערנסט צו דער אַר-בייט און אַרױסברײנגען אַ פֿאַרענדיגטע ליטעראַרישע זאַך, װעלכע244איך זאָל קענען פֿאַרעפֿענטליכען אַלס אַ באַזונדערען בוך. דער פּלאַן איז אָבער קיין מאָל ניט דורכגעפֿיהרט געװאָרען.*

8
„קאַך-ליטעראַטור". — עדװין לעפֿעװר.

ביי ענגליש-ריידענדע שריפֿטשטעלער איז פֿאַראַן אַן אױס-דרוק „פּאָט-באָיילער" (אַ מיטעל עס זאָל זיין װאָס צו קאָכען אין טאָפּ). דאָס געהט אױף ביליגע אַרבייט, װעלכע מען טוט נאָר צוליב פּרנסה. איך האָב, אַלזאָ, אָפּגעטיילד דריי טעג אױף „פּאָט באָיילערס". די איבעריגע צייט, האָב איך גערעכענט, װעל איך אָפּגעבען צו אמת'ער ליטעראַטור. איך האָב די „פּאָט באָי-לערס" געהאַסט װי גיפֿט.

עדװין לעפֿעװר פֿלעגט מיך אָפֿט באַזוכען. איין מאָל זאָגט ער צו מיר:

— װאָרפֿט אַװעק די „פּאָט באָיילערס", קאָהאַן. איך װעל אייך לייהען אַ ביסעל געלט און שרייבט דאָס, װאָס איהר דאַרפֿט שריי-בען.

ער האָט מיר געבאָרגט פֿינף הונדערט דאָלאר, װאָס איז דאַן געװען אַ פֿיל גרעסערע סומע װי הײנט, און דערביי האָט ער מיר גענעבען אַנצוהערעניש, אַז װען דאָס װעט אױסגעהן, װעט ער מיר לייהען נאָך.

איך האָב זיך גענומען שרייבען אַ ראָמאַן. אָבער די פֿינף הונדערט דאָלאר האָבען מיר קיין רוּהע ניט פֿאַרשאַפֿט. זיצענדיג ביי מיין שרייבטיש פֿלעג איך אימער געדענקען, אַז איך האָב געבאָרגט געלט; אַז עס איז שױן אַװעק אַ װאָך, צװיי װאָכען, דריי װאָכען, און איך האָב נאָך, דאַכט זיך, גאָרניט אױפֿגעטאָן. אין אַזעלכע זאַכען בין איך אַ שעמעװדינער, צוריקגעהאַלטענער מענש. זעלטען װען איך האָב געבאָרגט ביי װעמען עס איז. די דריי ציפֿער — 500 — האָבען מיך פֿאַרפֿאָלגט װי אַ שאָטען. אױב245איך בין באַפֿרייט געװאָרען פֿון דער „פּאָט באָיילער" צרה, האָב איך אױף איהר פּלאַץ אַרױפֿגענומען אױף זיך אַ פֿינף-הונדערט-דאָלאַר צרה.

לעפֿעװר איז אַ פֿריינדליכער מענש, אַ פֿרײליכער. װען ער פֿלעגט זיך מיט אונז זעהן, פֿלעגט ער שטיפֿען, װי אימער. ער האָט זיך אױסגעלערענט אַ פֿאַר רוסישע װערטער, און מיט זיי פֿלעגט ער אונז באַגריסען. מעהר פֿון אַלץ איז איהם געפֿעלען געװען דער װאָרט „טשעטשעװיצאַ" (לינדזען — אױף רוסיש). דער קלאַנג איז איהם געװען זעהר קאָמיש. פֿלעגט ער זאָגען:

— העלללאָו, קאָהאַן! העלללאָו, אַניוטאַ! העלללאָו, טשעטשע-װיצאַ!

ער פֿלעגט מיר דערצײלען װעגען זיינע ליטעראַרישע פּלענער און איך פֿלעג איהם דערצײלען װעגען מיינע. אַז זיינע פֿינף הונ-דערט דאָלאר זיינען געלעגען אױף מיר װי אַ לאַסט און געשטערט מיינע געדאַנקען, דאָס האָט ער ניט חושד געװען.

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 230] ער עקזיסטירט נאָך עד היום, אָבער אונטער אַן אַנדער רעדאַקציע, און ער װערט אַרױסגעגעבען אין אַ גאַנץ אַנדער גייסט, װי ער איז גע-גרינדעט געװאָרען. װען דיזע שורות װערען געשריבען, איז ער דער פֿאַרשפּרייטסטער מאָנאַט-זשורנאַל אין אַמעריקאַ.

[ז׳ 244] מיט עטליכע יאָהר שפּעטער האָב איך די ערצעהלונג איבערגעזעצט און בעאַרבייט אױף אידיש, און זי איז אָפּגעדרוקט געװאָרען, אונטער דעם נאָמען „פּעננני'ס חתנים".