בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

נײַנטער קאַפּיטעל

צוריק אין „פֿאָרווערטס"

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 246–270 (גאַנצער נײַנטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 246 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
דער ערשטער יאָהר נאָך מיין אַוועקגעהן. — איך הויב אָן צו באַזוכען די רעדאַקציע. — רעזניק. — מ. קאַץ. — מאַקס פֿיין. — ל. מיללער. — א. ליעסין.

246אױף אײנעם פֿון מיינע שפּאַצירען אין דעם אידישען קוואָרטאַל, אין דער צייט וועגען וועלכער מיר האַלטען דאָ, האָב איך, אױף מיין וועג צום „פֿאָרווערטס", זיך באַגעגענט מיט צוויי „פֿאָרווערטס" גענאָסען; און דער רעזולטאַט פֿון דיזער באַגעגעניש איז געווען, אַז איך האָב זיך אומגעקערט צו דער צייטונג. איך בין ווידער געוואָרען איהר רעדאַקטאָר. צוערשט איז אָבער וויכטיג דער לעזער זאָל באַקאַנט ווערען מיט מיינע באַציהונגען צום „פֿאָרווערטס" אין די קנאַפּע פֿינף יאָהר וואָס זיינען אַוועק זינט איך האָב איהם פֿאַרלאָזען, און מיט דעם, וואָס אין דער צייט איז פֿאָרגעקומען מיט דער צייטונג.

די ערשטע פֿאָר יאָהר, אונגעפֿעהר, בין איך געשטאַנען אַבסאָלום פֿון ווייטען. מיט ל. מיללער'ן, וועלכער איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דער „פֿאָרווערטס פֿרעם פֿעדערײשאָן", און מיט א. ליעסין'ען, וועלכער איז געווען דער וויכטיגסטער שרייבער אין דער צייטונג, פֿלעג איך זיך זעהן פֿון צייט צו צייט. מיר זיינען געווען באַפֿריינדעט, ווי אימער. אָבער אױף די מיטינגען פֿון דער „פֿעדערײשאָן" בין איך קיינמאָל ניט געווען אָנוועזענד, און אין דער רעדאַקציע בין איך ניט אַרײנגעקומען. די צוזאַמענשטויסען אין דער „פֿרעם פֿעדערײשאָן" (זעה דריטען באַנד,247פֿיידזשעם 475 ביז ענד פֿון 482 און 493 ביז'ן סוף) זיינען נאָך געווען צו פֿריש אין מיין זכרון. אין די ערשטע מאָנאַטען האָט זיך מיר געוואָלט זיין וואָס ווייטער פֿון דער באַוועגונג. עטליכע מאָנאַט שפּעטער אָבער איז די שאַרפֿקייט פֿון די אונאַנגענעהמע ערפֿאַרונגען שוין געווען אָפּגעטעמפּט. איך האָב גענומען בענקען נאָך די גענאָסען — ניט נאָך די דעליאַניסטען פֿון דעם „אַבענד בלאַט", נאָר נאָך די, מיט וועלכע מיר האָבען דעם דעליאַניזם באַקעמפֿט צוזאַמען און צוזאַמען דעם „פֿאָרווערטס" געגרינדעט. ענדליך האָב איך אָנגעהויבען צו באַזוכען די רעדאַקציע אין ביסלעכווייז בין איך דאָרטען געוואָרען אַן אָפֿטער גאַסט.

פֿון דועין סטריט, וואו מיר האָבען דעם „פֿאָרווערטס" געגרינדעט, און וואו איך בין געווען זיין רעדאַקטאָר איבער פֿינף מאָנאַט, האָט די צייטונג נאַכהער אַרױסגעמופֿט ערגעץ-וואו אױף איסט-בראָדוויי, און נאַכהער אױף קריסטי סטריט, ניט ווייט פֿון קאַנעל. די רעדאַקציע אױף קריסטי סטריט געדענק איך דייטליך, וואָרים אַהין פֿלעג איך שוין קומען גאַנץ אָפֿט. זי האָט זיך געפֿונען אױף אַ יאָרד. פֿריהער איז דאָרטען געווען אַ שולכעל, אַ אײן-עטאַזשיגע געביידע, אַ קליינע, אַ צרה'דיגע, מיט אַ „סקאַי-לייט" (שױבען אין דאַך). איך געדענק אױך גאַנץ קלאָר דעם צימער וואו די שריפֿטזעצער האָבען געאַרבייט, און איך געדענק רעזניק'ן, דעם דאַמאָלסדיגען פֿאָרמאַן פֿון די שריפֿטזעצער, וועלכער אַרבייט עד היום אין „פֿאָרווערטס". איך געדענק ווי ער פֿלעגט אַרומגעהן מיט אַ שטריקעל און אָפּמעסטען די לייניג פֿון דעם זאַץ פֿון די פֿאַרשיידענע אַרטיקלען. אין דער היים (אין מינסק) איז ער געווען אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און פֿון דאָרטען האָט מען איהם פֿאַרשיקט אין סיביר. אַרבייטענדיג איבער די „פֿאָרווערטס"-פֿיידזשעם פֿלעגט ער מיר דערצעהלען וועגען די באַריהמטע רעוואָלוציאָנערען, מיט וועלכע ער איז באַקאַנט געוואָרען אין סיביר.

צווישען די אַנדערע שריפֿטזעצער, וואָס האָבען דאַן דאָ געאַרבייט אין געווען אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען פֿרענק, און ער אַרבייט אױך נאָך היינט ביי אונז.

צווישען די אינסיידיגע מיטאַרבייטער אין דער רעדאַקציע248האָט זיך דאַן געפֿונען מאַקס פֿיין, עליזאַוויטש (שפּעטער האָט ער געענדיגט אױף דאָקטאָר) און מ. קאַץ, וועלכער איז אין די יאָהרען פֿון אונזערע מלחמות מיט די אַנאַרכיסטען געווען אײנער פֿון זייערע פֿיהרער, און אַ יונגער מאַן מיט'ן נאָמען קייזער.

קאַץ'ן האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן אין דער וואָך פֿון קריסטמאַס 1889, אױף דעם צוזאַמענפֿאָהר פֿון אידישע סאָציאַליסטען און אַנאַרכיסטען אױף גרענד סטריט, פֿון וועלכען ביי אונז איז אַרױסגעוואַקסען די „אַרבייטער צייטונג" (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 11—15). ער איז אַראָפּגעקומען אין אַמעריקא ווען מיר האָבען געהאַלטען אין רעכטען פֿאַית, און ער איז גלייך צוגעשטאַנען צו אונזערע געגנער. אַלזאָ, זיינען מיר געוואָרען „ברוגז" אײדער מיר זיינען באַקאַנט געוואָרען. דאָ אין דער „פֿאָרווערטס" רעדאַקציע, אױף קריסטי סטרים, האָב איך איהם געטראָפֿען נאָהענט צו 1900 — דאָס הייסט, אַז אונגעפֿעהר צעהן יאָהר זיינען מיר דאָ געווען „צוזאַמען", כאָטש קיינמאָל באַקאַנט ניט געווען.

אײנמאָל, אַריינקומענדיג אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס" און זעהענדיג ווי ער זיצט אונטער דעם גלעזערנעם דאַך און אַרבייט, האָב איך דערפֿיהלט די הומאָריסטישע זייט פֿון אונזער אָפֿיציעלער שנאה.

— קאַץ, — זאָג איך צו איהם — איך גלויב עס איז שוין צייט מיר זאָלען אױפֿהערען צו זיין ברוגז.

מיר האָבען זיך ביידע צולאַכט און זיך געדריקט די הענט. אױף דיזען אַרט זיינען מיר אָפֿיציעל געוואָרען אי „באַקאַנט", אי „גוט-פֿריינד".

ווען איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס", איז צוערשט מיללער געווען דער רעדאַקטאָר. דערנאָך האָבען זיך די רעדאַקטאָרען געביטען. אַ געוויסע צייט האָט זאַמעטקין פֿאַרנומען דעם פּלאַץ, דערנאָך האָט ווידער מיללער איבערגענומען די קאָנטראָל. ווען איך פֿלעג באַזוכען די רעדאַקציע אין קריסטי סטריט, איז מיללער געווען דער רעדאַקטאָר.

אײגענטליך איז ער געווען דער טאָן-געבער אַפֿילו דאַן, ווען249דער אָפֿיציעלער רעדאַקטאָר איז געווען אַן אַנדערער. ער האָט פּראַקטיצירט לאָ (אַדוואָקאַט). אין „פֿאָרווערטס" און אין דער „פֿאָרווערטס" געזעלשאַפֿט האָט ער אָבער אימער געשפּילט אַ לייטענדע ראָלע.

ליעסין האָט געשריבען עדיטאָריעלס און אױך פּאָלעמישע און אַנדערע אַרטיקלען. ער איז געווען אײנער פֿון די גאַנץ ווייניגע אידישע שרייבער סיי אין אַמעריקא, סיי אין רוסלאַנד, וואָס האָבען געהאַט אי טאַלאַנט אַלס פּאָעט, אי פֿעהיגקייטען אַלס דענקער. ער האָט זיך געמאַכט אַ נאָמען אי מיט זיינע לידער אי מיט זיין פּובליציסטישער פּראָזע.

2
איך הויב אָן צו שרייבען פֿאר'ן „פֿאָרווערטס". — אַ הספּד נאָך דאַבזעוויטש'ען. — העריק'ם קאַפֿע.

וואָס אַנבאַטרעפֿט מיר, האָב איך צוערשט פֿאר'ן „פֿאָרווערטס" ניט געשריבען, אַפֿילו ווען איך פֿלעג די רעדאַקציע שוין באַזוכען. ביסלעכווייז אָבער האָב איך גענומען שרייבען אױך. איך גלויב, אַז די ערשטע זאַך וואָס איך האָב געדרוקט אין „פֿאָרווערטס" זינט איך האָב פֿאַרלאָזען די רעדאַקציע, איז געוועזען אַ הספּד אױף אַ אינטערעסאַנטען אידען, אַ באַקאַנטען תּלמודיסט און העברעער פֿון די אַלטע משׂכּילים, אַן עלטערען מענשען מיט'ן נאָמען דאַבזעוויטש. מיט אַ געוויסער צייט פֿאַר זיין טויט האָב איך איהם באַזוכט, און געדרוקט אַ שילדערונג פֿון איהם אין „קאָמוירשעל אַדוועדטייזער". דעם גאַנצען לעבען האָט ער פֿאַרבראַכט אין שטודירען און פֿאָרשען די גמרא און דעם תּנ"ך. זיין אַרבייט האָט געהאַט אַ וויסענשאַפֿטליכע באַדייטונג. זיין אַרבייט בעצאָהלט זיך אָבער ניט, האָט ער געלעבט אין נויט. ער פֿלעגט שרייבען אױף אַ צרה'דיגען טישעל, און אַנשטאָט די קעסטעלעך פֿון אַ שרייב-טיש, פֿלעגט ער געברויכען די פּאַפּירענע בעגס, אין וועלכע די ווייב פֿלעגט ברענגען פֿראָדוקטען פֿון דער גראָסערי. ווען איך האָב איהם באַזוכט, איז250לעבען איהם געלעגען אַ גאַנצער צייל זעקעלעך אַזעלכע, יעדער מיט אַ באַזונדערען איבערשריפֿט.

אַלזאָ, ווען איך האָב זיך דערוואוסט אַז ער איז געשטאָרבען (אין יאַנואַר, 1900), האָב איך אױפֿגעשריבען אַ הספּד, און עס איז אָפּגעדרוקט געוואָרען אין „פֿאָרווערטס".

ביי אונז אין דער באַוועגונג איז מען נאָך צו הספּדים נאָך אַזעלכע מענשען ניט געווען געוואוינט. איך מיין נאָך מענשען, וואָס זיינען ניט קיין סאָציאַליסטען און ניט קיין טריידיוניאָניסטען, נאָר סתם עהרליכע קעמפֿער פֿאר'ן אמת.

שפּעטער אַ ביסעל האָב איך פֿאר'ן „פֿאָרווערטס" געשריבען אַ סעריע פֿעליעטאָנען אונטער דעם נאָמען „די דיימענטען פֿון דעם קוואָרטאָל". איך האָב דאָס אַלץ געטאָן אָהן געצאָהלט, נאַטירליך. איך האָב דאָס ניט געוואָלט אַריינגעצויגען ווערען אין די סכסוכים און די „פּאָליטיקס" פֿון דער באַוועגונג. און דעריבער האָב איך צוערשט מיין נאָמען אױף די אַרטיקלען ניט געשטעלט.

מיטאַרבייטער און פֿריינד פֿון „פֿאָרווערטס" פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען אין אַ רעסטאָראַן, וועלכען עס האָבען געהאַלטען צוויי ברידער מיט'ן נאָמען העריק, אין 141 דיוויזשאָן סטריט, לעבען קאַנעל. „העריק'ם קאַפֿע" האָט דאָס דאָס געהייסען. ביי אַ יאָהר נאָכדעם ווי איך בין אָנגעקומען אין „קאָמוירשעל אַדוועדטייזער", האָב איך גענומען דיזע קאַפֿע באַזוכען גאַנץ אָפֿט, מייסטענס אין אָוונד. אַמאָל פֿלעג איך אַריינקומען מיט מיין פֿרוי, אַמאָל מיט מיינע אַמעריקאַנער פֿריינד. אָפֿט, ווען איך פֿלעג אַרבייטען אין דעם קרימינאַל קאָורט בילדינג, וועלכע איז ביי אַ מינוט צעהן גאַנג פֿון דאָרטען, פֿלעג איך אַהין קומען עסען לאָנטש. דאָרטען פֿלעג איך זיך טרעפֿען מיט ליעסין'ען און מיט אַנדערע באַקאַנטע פֿון דער באַוועגונג אָדער אַזױ פֿון דער איסט-סאַיד. אין דער צייט פֿון דער מאַלינאָ-קיים פֿלעג איך אַהין קומען כמעט אַלע טאָג (די קאַפֿע עקזיסטירט נאָך היינט אױך, הגם יענע אײגענטימער האָבען שוין לאַנג ניט קיין שייכות צו איהר).

251מיט מיללער'ן פֿלעג איך זיך זעהן גאַנץ אָפֿט אױסער דער רעדאַקציע אױך. איך און מיין פֿרוי פֿלעגען די מיללערס באַזוכען כמעט יעדען זונטאָג אָוונד, און זיי אונז אױך.

מיט ליעסין'ען פֿלעג איך אָפֿט אַרומשפּאַצירען איבער די גאַסען און שמועסען, דעבאַטירען. אָפֿט פֿלעגען מיר פֿאַרברענגען גאַנצענע שטונדען אזױ. וועגען „פֿאָרווערטס" און דער באַוועגונג פֿלעגען מיר אָבער זעלטען ריידען. דאָס זעלבע איז אױך געווען מיט די געשפּרעכען וואָס איך פֿלעג האָבען מיט מיללער'ן. הגם איך האָב שוין אָפֿט באַזוכט דעם „פֿאָרווערטס" אָפֿיס און זאַגאַר אַמאָל געשריבען פֿאַר דער צייטונג, בין איך מיט דעם אינערליכען לעבען פֿון דער „פֿאָרווערטס" געזעלשאַפֿט געווען ווייניג באַקאַנט. איך האָב געוואואסט אין אַלגעמיין אַז די צייטונג פֿיהרט אַ געמאַטערטען לעבען.

וועגען דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, וועגען די פֿאַרהעלטעניסען אין דעליאַן'ס פּאַרטי און אין דער פּאַרטי מיט וועלכער דער „פֿאָרווערטס" איז געווען פֿאַרבונדען, האָב איך געוואואסט מעהר.

3
ב. האָלצמאַן. — „די נשמה יתירה".

אײן נאָכמיטאָג אין אָנהויב נאָוועמבער, 1900, ווען איך בין אַריינגעקומען אין אָפֿיס פֿון „פֿאָרווערטס" אױף קריסטי סטריט, האָב איך דאָרטען געפֿונען ב. האָלצמאַנ'ען. דאָס איז געווען אַ גענאָסע מיט וועמען איך בין באַקאַנט געוואָרען אין לאָנדאָן, וואו ער איז געווען אײנער פֿון דער גרופּע, וואָס האָבען אַרױסגעגעבען דעם דאָרטיגען סאָציאַל-דעמאָקראַטישען צייט-שריפֿט (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 298). ער איז געווען אַ שטילער מענש, מיט אַן עהרליכען שמייכעל. איצט, אַז ער האָט געוואוינט אין אַמעריקא, איז ער צוגעשטאַנען צו דעם „פֿאָרווערטס" צד און האָט פֿון צייט צו צייט אין איהם געדרוקט אַן אַרטיקעל איבער אַ פּאָליטישען אָדער סאָציאַלען ענין. דער „פֿאָרווערטס" האָט דאַן געהאַלטען ביי מואווען אױף סאָפֿאָלק סטריט, לעבען דיוויזשאָן.

אין דעם באַטרעפֿענדען נאָכמיטאָג האָט ער מיר ערקלערט, אַז252ער איז איצט דער רעדאַקטאָר, און ער האָט מיך געבעטען שרייבען פֿאַר דער צייטונג.

— ווען איהר וואָלט געקענט מיר געבען עפּעס אַ סעריע אַרטיקלען, וואָלט דאָס פֿאַר מיר געווען אַ גרויסע טובה — האָט ער געזאָגט. איך בין דאַן געווען זעהר פֿאַרנומען, און גלייך עפּעס אָנהויבען צו שרייבען פֿאַר איהם האָב איך ניט געקענט. אָבער ערפֿילען זיין בקשה האָט זיך מיר געוואָלט, האָב איך איהם פֿאַרשפּראָכען דאָס צו טאָן אין אײניגע וואָכען אַרום.

אַ פֿאָר טעג שפּעטער האָט ער מיך באַזוכט. ער האָט שטאַרק געבעטען איך זאָל איהם ערלויבען צו אַנאָנסירען אַ רייהע אַרטיקלען פֿון מיר.

איך האָב איהם ערלויבט, און יענעם אָוונד האָב איך גענומען זוכען אין מיינע נאָטיצען, טאָמער וועל איך געפֿינען עפּעס אַ פּאַסענדע טהעמאַ.

אַזױ איבערקוקענדיג פֿאַרשיידענע בלעטער און בלעטלעך, האָב איך זיך אָנגעשטויסען אױף עטליכע שורות, וועלכע האָבען זיך באַצויגען אױף דעם אַלטען עזריאל פֿון מיין „אימפּאָרטירטער חתן" און זיין ענטוישונג אין דעם אײדעם וואָס ער האָט אַראָפּגעבראַכט.

ווען איך שרייב דיזע שורות, ליגט דער נאָטיץ פֿאַר מיינע אױגען. ער איז געשריבען אױף ענגליש, אױף די מאַנוסקריפּט-פּאַפּיר, אױף וועלכע מיר פֿלעגען שרייבען פֿאר'ן „קאָמוירשעל אַדוועדטייזער". ער ענטהאַלט דאָס פֿאָלגענדע:

„אַ ענטוישונג אזױ ווי עזריאל'ס, אָבער אַנשטאָט אַן עזריאל — אַ אידישער אַרבייטער, אַ פּראָסטער מענש, אָבער מיט אַ טיף-רעליגיעזער נאַטור. דער סאָציאַליזם פֿאַרנעמט דעם פּלאַץ פֿון זיין רעליגיע. ער איז גליקליך מיט זיין אײדעם, ווייל ער איז אַ „גענאָסע". דער אײדעם וואַרפֿט אָבער אַוועק די באַוועגונג און לאַכט אָפּ פֿון איהר. און זיין אײגענער זוהן, וועמען ער האָט געטרייט צו ערציהען אַלס סאָציאַליסט, וואַקסט אױס אַ טאַמאַני-האָלניק. אַ טראַגעדיע".

איך האָב די דאָזיגע טהעמאַ פֿאַרצייכענט מיט אַ פֿאָר יאָהר פֿריהער. איך האָב גערעכענט איהר צו געברויכען פֿאַר אַ253ענגלישע ערצעהלונג. דער פּלאַן איז אָבער נאָך ניט דורכגעפֿיהרט געוואָרען, און איצט איז מיר איינגעפֿאַלען די טהעמא אױסצונוצען פֿאר'ן „פֿאָרווערטס". אָבער האָלצמאַן האָט געבעטען אַ „רייהע אַרטיקלען", ניט אַ סקיצע. אין טראַכטענדיג וועגען זיין פֿאַרלאַנג, בין איך אַרױפֿגעקומען אױף דעם געדאַנק פֿאָרצושטעלען אַ גאַנצע גרופּע — צו שילדערען אַ פֿאָר אַנדערע געוועזענע סאָציאַליסטען, און אױך אַ פֿאָר אַנדערע פֿון די אמת טרייע, אזױ ווי דער ענטוישטער שווער.

אױף דיזען אַרט איז ענטוויקעלט געוואָרען דער פּלאַן וועגען דער „נשמה יתירה".

די „נשמה יתירה" האָט זיך געדרוקט אײנמאָל אַ וואָך אין די שבת נומערען פֿון „פֿאָרווערטס". דער אָנפֿאַנג איז ערשינען דעם 17טען נאָוועמבער, 1900, און דער שלום דעם 19טען יאַנואַר, 1901. איך גלויב, אַז אין פֿאַרלױף פֿון יענע וואָכען האָט דער „פֿאָרווערטס" אַריבערגעמופֿט פֿון קריסטי סטריט אין 32 סאָפֿאָלק סטריט און באַלד נאָכדעם אין ½183 דיוויזשאָן סטריט.

די אַרטיקלען פֿלעג איך שרייבען, ריכטיגער געזאָגט, דיקטירען, אין דער רעדאַקציע. יעדען דאָנערשטאָג פֿלעג איך קומען און דיקטירען אימיצען פֿון די גענאָסען.

די סעריע האָט געהאַט אַ גרויסען ערפֿאָלג. אין באַצוג צו דער שפּראַך האָב איך געהערט אַזעלכע באַמערקונגען אונגעפֿעהר: „אין די עטליכע יאָהר וואָס קאָהאַן שרייבט נאָר ענגליש, איז זיין אידיש געוואָרען ניט ערגער, נאָר בעסער".

דאָס עראינערט מיך אָן דער פֿאָלגענדער סצענע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אױף דעם יעהרליכען ניי-יאָהר באַל (דעם ערשטען יאַנואַר, 1901) פֿון דער רוסישער קאָלאָניע:

מיר זיינען געזעסען ביי אַ לאַנגען טיש — דער דראַמאַטורג יעקב גאָרדין מיט זיינע נאָהענטע פֿריינד פֿון אײן זייט, און איך מיט מיין פֿרוי און עטליכע אונזערע פֿריינד אױף דער אַנדערער זייט, ניט אַנקעגען, נאָר נעהענטער צום אַנדערען ברעג. גאָרדין און איך זיינען שוין פֿון לאַנג געווען אין ניט קיין גוטע באַציהונגען. מיר האָבען שױן אַ פֿאָר יאָהר ניט געזעהן. איך254געדענק ניט ווי אזױ עס איז געקומען דערצו: ביים טיש האָט ער געהאַלטען אַ רעדע, אין וועלכער ער האָט אַטאַקירט דעם „פֿאָרווערטס". ווען ער האָט געענדיגט, האָט ער זיך אַוועקגעזעצט. ער האָט זיך אָבער באַלד ווידער געשטעלט אױף אַ וויילע.

— „איך מוז מאַכען אַ באַמערקונג" — האָט ער ערקלערט — „דאָס וואָס איך האָב געזאָגט געהט ניט אױף אַ געוויסע סעריע סקיצען, וועלכע ערשיינט איצט אין „פֿאָרווערטס" אונטער דעם נאָמען „נשמה יתירה". זיי זיינען זעהר גוט".

ער האָט זיך ווידער אַוועקגעזעצט. זיין באַמערקונג איז באַגריסט געוואָרען מיט אַ שטורמדיגען אַפּלאָדיסמענט, וועלכער האָט געהאַט אַ ספּעציעלע באַציהונג צו דעם פֿאַקט, אַז גאָרדין האָט איהר געמאַכט טראָץ אונזערע אונפֿריינדליכע באַציהונגען.

אין אַ געוויסען אָוונד זיינען צו מיר אַהיים געקומען צוויי גענאָסען מיט צוויי פּעק — אַ גרויסער, שעהן-געבונדענער סענטשורי דיקשאָנערי, מיט אַ סטענדער דערצו. זיי האָבען מיר ערקלערט אַז דאָס איז אַ מתּנה פֿון דער „פֿאָרווערטס" געזעלשאַפֿט, אַן אױסדרוק פֿון דאַנקבאַרקייט פֿאַר דער „נשמה יתירה".

די מתּנה האָב איך זיך ענטזאָגט צו נעמען, און איך האָב די צוויי שלוחים געבעטען איבערצוגעבען דער פּרעס-פֿעדערײשאָן מיין וואַרימסטען גרוס און דאַנקבאַרקייט.

— „זאָגט זיי, אַז ווען איך וואָלט אָנגענומען דעם פּרעזענט, וואָלט איך זיך געפֿיהלט אזױ ווי מען וואָלט מיר פֿאַר די אַרטיקלען באַצאָהלט, — האָב איך זיי ערקלערט. — די פֿריינדליבקייט פֿון די גענאָסען איז די בעסטע באַלױנונג פֿאַר מיר".

4
די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון „פֿאָרווערטס".

די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון „פֿאָרווערטס" איז געווען אַ קלעגליבע. אײן מאָל, אין אַ שווערען זומער אָוונד, האָט ליעסין מיך געבראַכט אױף סאָפֿאָלק סטריט. ער האָט מיר ערקלערט, אַז די גענאָסען וואָס האָבען צו טאָן מיט דער ווירטשאַפֿט פֿון „פֿאָרווערטס" פֿיהרען אונטעררײדונגען וועגען פֿאַרקױפֿען די ציי-255טונג. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען אַ גאַנץ קליינע סומע — ביי 500, יעדענפֿאַלס ניט מעהר ווי 1,000 דאָלאַר. די וואָס זיינען געווען געגען דעם פֿאַרקױף האָבען אױף יענעם אָוונד גערופֿען אַ מיטינג, אין האָל אױף סאָפֿאָלק סטריט, צווישען גרענד און העסטער. אַלזאָ, האָט ליעסין מיך געבעטען צו זיין אײנער פֿון די רעדנער.

מיללער איז אױף דעם מיטינג ניט געווען. ווי ווייט איך געדענק, איז ער אין דער גאַנצער אַנגעלעגענהייט געשטאַנען פֿון ווייטען. מיין איינדרוק איז געווען, אַז ער גלויבט ניט דאָס דער פּעיפּער האָט אַ מעגליכקייט צו עקזיסטירען.

יענעם אָוונד האָב איך אױך געהערט פֿילע אײנצעלהייטען פֿון דער לאַגע. דער „פֿאָרווערטס" איז געווען איבער'ן קאָפּ אין חובות. דעם פּרינטער (דרוקער) איז מען געווען שולדיג אזױ פֿיל און מען האָט איהם אזױ לאַנג געהאַלטען אין קאָרמענען מיט צוזאָגונגען, אַז ער האָט אבסאָלוט מעהר ניט געטרױט: און ניט זעלטען איז אַ נומער „פֿאָרווערטס" פֿאַרהאַלטען געוואָרען און זיך פֿאַרשפּעטיגט איבער פֿופֿציג סענט.

גענאָסען האָבען ווידער און ווידער געגעבען פֿון דאָס לעצטע. ווידער און ווידער האָבען זיי פֿאַרזעצט זייערע זייגערס און פֿינגערלעך צו ראַטעווען די צייטונג. איצט אָבער האָט עס אױסגעזעהן אַז לענגער זיך פֿלאַנגען וועט זי שױן ניט קענען. אַפֿילו ליעסין און די אַנדערע וואָס האָבען זיך געשטעלט געגען דעם פּלאַן איהר צו פֿאַרקױפֿען, האָבען אױך געצוויי­פֿעלט אױב עס וועט מעגליך זיין איהר אױפֿצוהאַלטען. אָבער ווי דערלאָזט מען פֿאָרט דערצו?

דער „פֿאָרווערטס" איז געווען דער אײנציגער אָרגאַן פֿון די אידישע אַרבייטער, וועלכער האָט זיי געפֿיהרט אױף'ן ריכטיגען וועג. דער „אַבענד-בלאַט" האָט זיך אַלץ באַשעפֿטיגט מיט זיין די נישטיגע קערנער פֿון בראָדער-קריג, און, ווי מיר וועלען באַלד געוואָר ווערען, איז דאָרטען גופֿא פֿאָרגעקומען אַ שפּאַלטונג.

וואָס אַנבאַטרעפֿט דעם „טאָגעבלאַט", איז ער געווען אָרטאָדאָקסיש, פּראָגרעס-פֿיינדליך און יוניאָן-פֿיינדליך, אימער. איך געדענק אַ מהומה וועגען דער שטעלונג פֿון דעם „טאָגעבלאַט" געגען בעקער-256אַרבייטער אין דער צייט פֿון אַ סטרייק און פֿיערדיגע אַרטיקלען פֿון מיללער'ן און ליעסין'ען, וועלכע האָבען דעם סטרייק געראַטעוועט. די אידישע אַרבייטער מאַסען האָבען געוואואסט, אַז דער „פֿאָרווערטס" איז זייער טרייער פֿריינד און וועג-ווייזער. אָבער קיין גרויסע צאָל לעזער האָט דאָס איהם ניט געבראַכט. און דער איינקונפֿט פֿון אַדווערטיזמענטס איז געווען זעהר קליין.

עס האָט אַלזאָ געהאַלטען ביים פֿאַרקויפֿען דעם „פֿאָרווערטס". דער פּלאַן איז אָבער אָפּגעשטעלט געוואָרען. אױף דעם סאָפֿאָלק-סטריטער מיטינג האָבען זיך געפֿונען גענאָסען וואָס האָבען געהאַט געלט און זיי האָבען דער צייטונג געבאָרגט וויפֿיל עס איז נויטיג געווען איהר צו ראַטעווען פֿון דעם פֿאַרקױף.

מען האָט זיך ווייטער געפּלאָגט און געאָפּפֿערט און וועגען אױפֿגעבען דעם „פֿאָרווערטס" איז שױן קיין רייד ניט געווען.

ווען דער „פֿאָרווערטס" האָט געאַרבייט אין ½183 דיוויזשאָן סטריט, האָט מען געקױפֿט צוויי זעץ-מאַשינען און אַ קליינעם מאָטאָר זיי צו טרייבען. דאָס האָט פֿאַרשפּאָרט עטליכע זעצער און גרינגער געמאַכט די פֿינאַנציעלע לאַסט. עס איז אָבער שווער אָנגעקומען צו צאָהלען פֿאַר די מאַשינען. האָבען די גענאָסען זיך אָנגעטאָן אַ כּח, אַרױפֿגעלייגט אױף זיך אַ טעקס, געמאַכט נײַע קאָלעקשאָנס. די נויט איז געווען אזױ גרויס, אַז עס איז אַפֿילו ניט געווען אױף דעסקס, און די מיטאַרבייטער האָבען געשריבען אױף ברעטער, וועלכע מען האָט אַוועקגעלייגט אױף בּאַרעלס.

פֿון ½183 האָט מען געמופֿט אין 185 דיוויזשאָן סטריט. דאָס איז געווען אַ קליינע צוויי-עטאַזשיגע הײזעל. זי איז אָבער געווען באַקוועמער ווי די פֿריהערדיגע.

5
אַ „ספּליט" אין „אַבענד-בלאַט". — אַ סצענע אין אַסטאָר ליברערי. — מאָריס הילקוויט. — גרינדונג פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי.

די סאָציאַליסטען, וואָס זיינען געבליבען ביים „אַבענד-בלאַט" זיינען אױך ניט לאַנג געווען אײניג. ווי דער לעזער האָט געקענט257זעהן אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" (עלפֿטער קאַפּיטעל), האָט דער דעליאַניזם אין זיך געהאַט אַ פֿאַרניכטענדען גיפֿט, וועלכער האָט ביסלעכווייז געמוזט צושטערען זיין אײגענע מאַכט. אַ געוויסע צייט נאָך אונזער „ספּליט" איז ביי די דעליאָ­ניסטען אױך געקומען צו אַ „ספּליט". אַ טייל פֿון די וואָס האָ­בען אונז באַקעמפֿט בשעת מיר זיינען געווען אין דער אָפּאָזיציע, האָבען אַליין אָרגאַניזירט אַן אָפּאָזיציע געגען דעליאָן'ען. זיי האָ­בען זיך אָפּגעשפּאָלטען פֿון די, וואָס זיינען נאָך געבליבען טריי. צווישען זיי איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון „אַבענד בלאַט", פֿיליפּ קראַנץ, און דער וויכטיגסטער מיטאַרבייטער, ב. פֿייגענבוים. אױף דעם היסטאָרישען מיטינג, ווען מיר האָבען אַרױסגעמאַר­שירט און אַוועקגעגאַנגען גרינדען אַן אײגענע צייטונג, זיינען זיי געבליבען מיט די דעליאָניסטען (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 443 און פֿיידזש 446). איצט, אַלזאָ, זיינען זיי אױך פֿון זיי אַוועק.

דעליאָן האָט דיזע נייע אַנטי-דעליאָניסטען אַטאַקירט און געזידעלט, פּונקט ווי ער פֿלעגט אונז אַטאַקירען און זידלען — נאָך שאַרפֿער. אזױ ווי זיין טבע איז געווען אַ געגנער איבערצוקרימען און אױסקלערען עפּעס אַ נאָמען אױף איהם, האָט ער זיי אַ נאָמען געגעבען „קענגערוס" (אַ חיה וואָס האָט קורצע פֿאָדערשטע פֿיס און איז אַ בריה אַריבערצושפּרינגען פֿון אײן אָרט אױף אַ צווייטען).

אײן מאָל, אין אַ פֿריהמאָרגען, ווען איך בין געזעסען אין אַסטאָר ליברערי און עפּעס געזוכט אין אַלטע זשורנאַלען, איז אַריינגעקומען פֿייגענבוים, נ. י. סטאָון, פֿריהער אַ פּראָמינענטער דעליאָניסט, און נאָך אײנער פֿון די „קענגערוס".

ווען זיי האָבען מיך דערזעהן, האָבען זיי מיר פֿרעהליך באַגריסט, אזױ ווי זיי וואָלטען געזאָגט:

— „איצטער קענען מיר שוין ווידער זיין פֿריינד! מיר זיינען שוין אױך געגען דעליאָן'ען!"

אַ שפּאַלטונג איז אױך פֿאָרגעקומען אין דער אַלגעמיינער סאָ­ציאַליסטישער אַרבייטער פּאַרטי, און דערביי האָט די וויכטיגסטע258ראָלע געשפּילט מאָריס הילקוויט *. ער האָט אָנגעפֿיהרט אַן אױפֿשטאַנד געגען דעליאָן'ען, און דאַן איז דאָס געגרינדעט געוואָרען די סאָציאַליסטישע פּאַרטי, אין וועלכער די וואָס זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט דעם נייעם „ספּליט", זיינען ענדליך פֿאַראייניגט געוואָרען מיט דעבס'עס „סאָשעל דעמאָקראַסי".

זינט הילקוויט האָט זיך צוריקגעצויגען פֿון אַ טעטיגען אַנטייל אין דער אידישער באַוועגונג, האָט ער אַ סך געלעזען און האָט איבערהויפּט געמאַכט גרויסע פֿאָרטשריט אין זיין ענטוויקלונג. ער איז איצט געווען אַ גלענצענדער ענגלישער רעדנער. אַ געוויסע צייט נאָך דעם ווי איך בין אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס", האָט ער ווידער אָנגעהויבען צו אַרבייטען פֿאַר דער באַוועגונג, אָבער שוין ניט אין איהרע ספּעציעלע אידישע טיילען, נאָר אין איהרע ענג­לישע­רעדענדע און דייטש-רעדענדע ברענטשעס.

די צאָהל פֿון אונצופֿרידענע מיט דעליאָן'ען איז געוואָרען גרעסער, ביז עס איז געקומען צו אַן אױסברוך. דערביי איז הילקוויט געווען די וויכטיגסטע קראַפֿט. דער צוזאַמענשטויס האָט, אַלזאָ, געפֿיהרט צו דער גרינדונג פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי (אױף אַ קאָנווענשאָן, אין אינדיאַנאַפּאָלים, דעם 29טען יולי, 1901).

דעליאָן איז געבליבען ביי דער „סאָשעליסט לייבאָר פּאַרטי". זי איז זעהר אָפּגעשוואַכט געוואָרען, און זי איז געוואָרען אַלץ שוואַכער און קלענער. אָבער מיט די לעצטע קרעפֿטען איהרע האָט זי פֿאַרטגעזעצט צו אַטאַקירען און באַשמוצען די פֿיהרער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי און פֿון די טרייד-יוניאָנס. זיין „סאָשעליסט טרייד ענד לייבאָר אַלייענס", וועלכע ער האָט געגרינדעט מיט דעם צוועק צו צוברעכען די אַמעריקען פֿעדערײשאָן אָוו לייבאָר און זעלבסטשטענדיגע אַרבייטער אָרגאַניזאַציעס, איז געווען אַ ביטערער דורכפֿאַל. ער איז שנעל געגאַנגען אױפֿ'ן וועג צו פֿאָלשטענדיגער פֿאַרגעסענהייט.

259איך האָב סימפּאַטיזירט מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי. קיין מיטגליד בין איך אָבער די ערשטע צייט ניט געווען. איך האָב בייגעוואואינט אַ פֿאָר פֿון איהרע גרויסע מאַסס-מיטינגען. איך בין געווען אײנער פֿון די אַנוועזענדע אױף אַ באַנקעט פֿאַר יודזשין דעבס'ען און אױף אַ אינטימער קליינער פֿאַרזאַמלונג, וואו עס האָט זיך געפֿונען הילקוויט, דזשאַב הערימאַן, פֿון קאַ­ליפֿאָרניא, וועלכער האָט דאַן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער פּאַרטי, און נאָך אײניגע אַמעריקאַנער גענאָסען. אײנער פֿון זיי איז געווען פּראָפֿעסאָר העראָן, אַ געוועזענער גלח. ער איז אַריין אין דער פּאַרטי און דורך זיין אײנפֿלוס האָט זיין שוויגער, מיסעס רענד, געגעבען אַ גרויסע סומע אױף צו גרינדען די סאָ­ציאַליסטישע רענד סקול.

אַ פֿאָר מאָל האָב איך פֿאַר דער פּאַרטי געהאַלטען לעקטשורס אױף ענגליש אױף דער טהעמא „קאָמערציאַליזירטע ליטעראַטור". אין דעם איז וואַרשיינליך באַשטאַנען מיין גאַנצער שייכות צו דער פּאַרטי אין יענע עטליכע יאָהר.

6
ווי אזױ איך בין צוריקגעקומען. — ליעף און פֿעללער. — ל. מיללער. — א. ליעסין און אַנדערע גענאָסען. — דריי בעדינגונגען.

די אױבען-דערמאָנטע צוויי „פֿאָרווערטס"-גענאָסען, מיט וועלכע איך האָב זיך באַגעגענט אין אידישען קוואָרטאַל, זיינען געווען וויליאַם ליעף און אַלבערט פֿעללער — דער ערשטער אַ בלאַסער, דאַרער יונגערמאַן, מיט אַ שמייכעל, ביי וועלכען עס פֿלעגען זיך זשמורען די אױגען, און דער צווייטער — אַ הויכער, רויט-פּנימ'דיגער יונגערמאַן, מיט אַ לוסטיגען שמייכעל און אַ פֿול-ברוסטיגער שטימע.

ליעף איז דערמאָנט געוואָרען ביי דעם שלום פֿון דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער". ער איז געווען אײנער פֿון די טע­טיגע מיטגלידער אין דעם קאַמף געגען די דעליאָניסטען און ביי דער גרינדונג פֿון „פֿאָרווערטס". פֿעללער איז אין דער „פֿאָר­ווערטס" אָרגאַניזאַציע אַריינגעטראָטען שפּעטער.

260ליעף און פֿעללער זיינען איצט געווען די אַדווערטייזינג אײ­דזשענטס פֿון דער צייטונג, און אױף אַ ניט-אָפֿיציעלען אופֿן זיינען זיי אײגענטליך געווען די פֿאַרוואַלטער פֿון איהר געשעפֿט (דער אָפֿיציעלער מענעדזשער איז געווען אַ גענאָסע מיט'ן נאָמען פֿעלד­מאַן, אַ שטילער מענש. אינטערעסאַנט איז ווי אזױ פֿעלדמאַן איז געוואָרען מענעדזשער: ער האָט געהאַט אַ ביסעל געלט, און אזױ ווי דער „פֿאָרווערטס" האָט זיך שטענדיג געניטיגט, האָט מען ביי איהם געליהען עטליכע הונדערט דאָלער, און אַלם אַ טייל פֿון דעם מסחר, האָט מען אָפּגעמאַכט אַז ער זאָל ווערען דער מענעדזשער).

דער „פֿאָרווערטס" האָט זיך דאַן געפֿונען אין דער קליינער, צוויי-עטאַזשנער הויז, אין 185 דיוויזשאָן סטריט. איך פֿלעג אַהין אַמאָל אַריינקומען, הגם ניט אזױ אָפֿט ווי אױף קריסטי סטריט, וואָרים דיזער פּלאַץ ליגט אָן אַ זייט און איז פֿון דעם „קאָממויר­שעל אַדווערטייזער" און פֿון מיין קוואָרטיר געווען ווייטער ווי די קריסטי-סטריטער רעדאַקציע.

נאָך דער „נשמה יתירה" האָב איך אױך פֿאַר דער צייטונג גע­שריבען נאָך אײניגע אַרטיקלען (אַלץ אָהן האָנאָראַר).

מיין באַגעגעניש מיט די צוויי „פֿאָרווערטסיסטען" איז אָבער ניט פֿאָרגעקומען אין אָפֿיס, נאָר אױפֿ'ן גאַס — אין אָנפֿאַנג מערץ, 1902, איז דאָס געווען. מיר האָבען זיך באַגריסט און פֿאַרצויגען אַ געשפּרעך וועגען „פֿאָרווערטס". זיי האָבען גע­זאָגט, אַז די אױסזיכטען פֿון דער צייטונג וואָלטען געווען גאַנץ גוטע, ווען עס וואָלט נאָר געווען אַ באַשטימטער רעדאַקטאָר, אַזאַ וואָס זאָל האָבען אױטאָריטעט, און אַריינגעבען לעבען אין דער צייטונג.

זיי האָבען געפֿרעגט וועגען מיין ליטעראַרישער טעטיגקייט, און איך האָב זיי בקיצור איבערגעגעבען ווי אזױ איך צוטייל מיין צייט צווישען „פֿאַט באָילערס" און ליטעראַטור.

דאַן האָט ליעף געפֿרעגט: ווייבאַלד אַז אַ טייל פֿון מיין צייט גיב איך סיי-ווי-סיי אָפּ ניט אױף ליטעראַטור, נאָר אױף חיונה אַרטיקלען, היינט פֿאַרוואָס זאָל איך, אַנשטאָט דעם, ניט רעדאַקטירען דעם „פֿאָרווערטס"?

261— די אומשטענדען זיינען איצט גאַנץ אַנדערע — האָט ליעף באַמערקט.

דאָס איז געווען אַן אָנצוהערעניש אױף דער צייט, ווען איך בין פֿון „פֿאָרווערטס" אַוועק, ווייל ווינטשעווסקי און טאַקע ער, ליעף, האָבען מיר געשטערט דורכצופֿיהרען מיין פּאָליסי (זעה שלום פֿון דריטען באַנד).

— ווען איך וואָלט געווען זיכער — האָב איך געענטפֿערט — אַז איך וועל ביי דער צייטונג ניט זיין באַשעפֿטיגט מעהר ווי ביז צוויי אוהר, און אַז איך וואָלט באַקומען אַ גאַראַנטי אַז מען וועט זיך אבסאָלוט ניט מישען אין מיינע רעדאַקציאַנס-געשעפֿטען, וואָלט איך געווען בערייט אָנצונעמען. איך מוז האָבען אַן אַב­סאָלוט פֿרייע האַנד.

— דאָס אַלץ וועט מען אייך גאַראַנטירען — האָבען זיי ביידע מיר פֿאַרזיכערט מיט באַגייסטערונג. — די גענאָסען וועלען טאָן אַלץ וואָס איהר פֿאַרלאַנגט.

— איהר ווילט זיין פֿריי צוויי אוהר? מען קען אייך גאַ­ראַנטירען אַז איהר וועט זיין פֿריי צוועלף אוהר — האָט פֿעל­לער געזאָגט. — ווען די גענאָסען וועלען הערען, אַז איהר זייט בערייט צו פֿאַרברענגען אין אָפֿיס נאָר אַ פֿאָר שטונדען יעדען טאָג, וועלען זיי אױך זיין העכסט צופֿרידען. עס וועט ווערען נאָר אַ נייע וועלט.

אַ פֿאָר טעג שפּעטער, ווען איך האָב געזעהן מיללער'ן, האָט ער געפֿרעגט, אױב עס איז אמת, אַז איך בין בערייט ווידער אַריינצוטרעטען אין „פֿאָרווערטס". איך האָב איהם ערקלערט מיינע אומשטענדען, און מיין פּלאַן אָפּצוגעבען דעם ערשטען האַל­בען טאָג דעם „פֿאָרווערטס" און די איבעריגע צייט צו ליטע­ראַטור.

איך האָב געפֿיהלט, אַז דער פּלאַן געפֿעלט איהם ניט. ער איז געווען די הערשענדע מאַכט אין „פֿאָרווערטס" — צי ער אַליין איז געווען רעדאַקטאָר, צי אַן אַנדערער. אױב איך זאָל ווערען רעדאַקטאָר, וואָלט זיך די לאַגע — טראָץ אונזער פֿריינדשאַפֿט — געענדערט. אַלזאָ, האָט ער פֿון די נייעם באַגייסטערט ניט גע262קענט זיין. דאָס איז געווען אַ גאַנץ נאַטירליכער געפֿיהל פֿון זיין זייט. געהאַלטען האָט ער זיך אָבער זעהר טאַקטפֿול. ער האָט גערעדט מיט אַ וואַרימע פֿריינדליבקייט צו מיר, און ער האָט מיך אױך פֿאַרזיכערט, אַז איך וועל האָבען אַן אבסאָלוט פֿרייע האַנד און אַז מעהר ווי ביז דער מיטאָג-שטונדע וועל איך ניט דאַרפֿען זיין אין אָפֿיס.

פֿילע פֿון די גענאָסען, צווישען זיי א. ליעסין, האָבען די נייעם אױפֿגענומען מיט אמת'ער פֿרייד. פֿון אַלע זייטען האָט מען מיר פֿאַרזיכערט, אַז אַלץ וועט זיין ווי איך ווינש.

צו די דערמאָנטע צוויי באַדינגונגען האָב איך צוגעגעבען אַ דריטע: אַז דער „פֿאָרווערטס" זאָל פֿאַרגרעסערט ווערען פֿון זעקס פֿיידזשעס אױף אַכט.

דאָס איז געווען אַ פֿיל שווערערער פּונקט ווי די אַנדערע צוויי. דער פּעיפּער האָט זיך קוים געהאַלטען מיט זעקס פֿיי­דזשעס, און איך פֿאָדער אַז מען זאָל איהם פֿאַרגרעסערען אױף אַ דריטעל! איך האָב אָבער ערקלערט, אַז אױף זעקס פֿיידזשעס וואָלט מיר אבסאָלוט אונמעגליך געווען עפּעס אױפֿצוטאָן.

מען האָט מיך פֿאַרזיכערט, אַז דיזע באַדינגונג וועט מען אױך אָננעמען — אַז אַלץ וועט איצט געהן מיט אַ ברייטען פֿאַרנעם, און עס וועלען געבאָרען ווערען נייע אײנקונפֿטס-קוואַלען.

וואָס אַנבאַטרעפֿט מיינע פּערזענליכע אינטערעסען, סיי מאַ­טעריעלע, סיי גייסטיגע, האָט דער פֿאָרשלאַג מיר זיך פֿאַרגע­שטעלט אין אַ נינסטיגע ליכט: אַנשטאָט צו דאַרען דעם מוח אױף די „פֿאַט באָילערס", וועלכע זיינען מיר געווען צו-לאָסט, וועל איך די זעלבע שטונדען פֿאַרברענגען אױף אָנגענעהמע און נאָבעלע אַרבייט אַלם רעדאַקטאָר פֿון אַ סאָציאַליסטי­שער צייטונג. אַ חוץ דעם: די „פֿאַט באָילערס" האָבען געהאַט אַ שייכות צו ליטעראַרישע אַרבייט, אָבער אַ בילינע שייכות; און מיט דעם האָבען זיי געווירקט ווי אַ פֿאַרשטערונג צו מיינע ליטעראַרישע שטימונגען. ביים „פֿאָרווערטס" וועט מיין טע­טיגקייט האָבען אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער ווי מיין ליטעראַרישע אַרבייט. עס איז אַן אַנדער וועלט, מיט אַן אַנדער גייסט, מיט אַן263אַנדער שפּראַך. נאָך עטליכע שטונדען פֿון דיזער באַשעפֿטיגונג וועל איך קומען אַהיים און זיך נעמען צו אַן ענגלישער ערצעהלונג אָדער ראָמאַן מיט אַ פֿרייען קאָפּ און מיט אַ רוהיגען געוויסען.

וועט דער קאָפּ אָבער ווירקליך זיין פֿריי? די פֿראַגע איז געשטאַנען אין הינטער-גרונד. איך האָב געצווייפֿעלט. און מיין פֿרוי — אין אונזערע געשפּרעכען וועגען דעם — האָט דעם צווייפֿעל אונטערגעשטראָכען. זי איז געווען איבערצייגט, אַז מיין אָננעהמען דעם פֿאָרשלאַג וועט זיין אַ פֿאַלשער שריט.

— האָסט פֿאַרגעסען די פּאַרטיי-צאַנקערייען און ווי זיי האָ­בען דיר דיין לעבען פֿאַרביטערט — האָט זי געזאָגט. — האָסט זיך ערוואָרבען אַ נאָמען אין דער ליטעראַרישער וועלט. דו קענסט האָבען אַ פֿיינע צוקונפֿט און אַ רוהיגען געמיטה; ווילסטו דאָס איצט פּלוצלונג צוריסען און ווידער זיך אַריינוואַרפֿען אין דער באַוועגונג מיט איהרע אינערליכע „פּאָליטיקס". עס וועט ניט געהן אזױ גלאַט ווי דו מיינסט. עס וועלען זיך ענטוויקלען צוזאַמענשטויסען, וועלכע וועלען זיין ערגער ווי די „פֿאַט-באָי­לערס". דין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטי אַלם אַ געוועהנליכער מיטגליד, און גיב זיך אָפּ צו ליטעראַטור.

אזױ אונגעפֿעהר פֿלעגט זי אַרגומענטירען.

— דער אמת איז, אַז דיר ציהט אַהין — פֿלעגט זי אָפֿט זאָגען, און זי פֿלעגט מיך דערמאָנען אָן מיין אײגענעם כּלל: אַז דאָס בעסטע איז צו זיין אַ „זונטאָג'דיגער סאָציאַליסט", דאָס הייסט, קומען צו די מיטינגען אײן מאָל אַ וואָך, אַלם אַ גע­וועהנליכער גענאָסע, נעמען אַנטייל אין דער באַוועגונג און געבען בייטרעגע, אָבער ניט האָבען קיין שטעלע אין איהר.

ביי זיך אין האַרצען האָב איך געפֿיהלט, אַז זי האָט רעכט. דער אמת איז טאַקע געווען ווי זי האָט געזאָגט: עס האָט מיך געצויגען. איך פֿלעג אױף זיך אַליין געבען אַ משל פֿון אַ סקול-ביכעל, וועלכען איך האָב געלערענט מיט מיינע שילער אין די יאָהרען, ווען איך האָב געגעבען לעסאָנס אױף ענגליש: אַ פֿערד, וואָס האָט עטליכע יאָהר געדינט אין דער קאַוואַלעריע, האָט דערנאָך געאַרבייט ביי אַ בעקער. אײן מאָל, ווען ער האָט264געשלעפּט אַ וואָגען מיט געבעק, האָט פֿאַרבייגעריטען אַן עקס­קאַדראָן דראַגונער מיט מוזיק. דערהערענדיג די מיליטערישע טרומייטען, האָט דאָס פֿערד גענומען שפּרינגען און גאַלאָפּירען אױף זיין אַלטען, קאַוואַלעריִשען שטייגער.

ליעף איז כמעט יעדען אָוונד געקומען אין קאַפֿע סענ­טראַל זיך זעהן מיט אונז. ווידער און ווידער האָט ער אונז פֿאַרזיכערט, אַז מיין אַרבייט ביים „פֿאָרווערטס" וועט ניט שטע­רען מיין ליטעראַרישער קאַריערע.

אין אַ געוויסען אָוונד האָט ער געבראַכט די נאַכריכט, אַז די „פֿאָרווערטס" אַסאָסיאיישאָן האָט מיך אײנשטימיג ערוועהלט אַלם רעדאַקטאָר, און אָנגענומען אַלע מיינע באַדינגונגען.

איך האָב זיך אַליין געוואואנדערט, ווי אזױ די גענאָסען האָ­בען זיך געקענט אונטערנעמען צו פֿאַרגרעסערען די צייטונג אױף אַכט פֿיידזשעס.

אַ גרויסע ראָלע האָט דאָ געשפּילט די צייט. עס איז גע­ווען פֿאַר פּסח — די בעסטע עטליכע וואָכען פֿאַר אַדווערטייז­מענטס אין דעם אידישען קוואָרטאָל, און — ווי איך בין שפּע­טער געוואָר געוואָרען — איז די נייעם וועגען מיין אָנקומען אַלם רעדאַקטאָר אױסגענוצט געוואָרען אַלם אַ הילף אין קריגען אַד­ווערטייזמענטס.

די פֿאַרגרעסערונג פֿון דער צייטונג אױף צוויי פֿיידזשעס איז פֿאַר די אַדווערטייזינג אײדזשענטס איצט געווען וויכטיג, ווייל זיי האָבען זיך גענויטיגט אין פּלאַץ; און וואָס נאָך פּסח וועט זיין זאָל גאָט זאָרגען, האָבען זיי זיך מסתּמא געטראַכט. דאָס איז אָבער געווען נאָר „אײן זייט פֿון דער מטבעה". זיי און די אַנדערע גענאָסען האָבען מיך געוואָלט האָבען אין די אינטערעסען פֿון „פֿאָרווערטס" אין דעם בעסטען זין פֿון די ווערטער. אַ חוץ דעם: זיי האָבען געגלויבט, אַז מיט מיר אַלם רעדאַקטאָר וועט ניט נאָר אַריינקומען אַ נייער לעבען אין דער צייטונג, נאָר עס וועט אױך גרינגער ווערען צו קריגען געלט פֿאַר איהר.

7
וואָס ליעף געדענקט. — דער מיטינג, אױף וועלכען איך בין ערוועהלט געוואָרען.

265וויליאַם ליעף שרייבט וועגען די זעלבע פּאַסירונגען דאָס פֿאָלגענדע:

„די פֿינף יאָהר, וואָס אַב. קאהאן איז ניט געווען אין „פֿאָר­ווערטס" זיינען געווען שווערע, ביטערע יאָהרען פֿון אונאױפֿ­הערליכען קאַמף פֿאַר עקזיסטענץ. צוויי מאָל האָט דער „פֿאָר­ווערטס" אונטער דער צייט געהאַלטען ביים פֿאַרקויפֿט ווערען: אײן מאָל צו מר. שרהזאָן, דער אַרױסגעבער פֿון „טאָגעבלאַט", פֿון וואָס עס האָט אין דער לעצטער מינוט גערעטעוועט אַ מי­טינג אין סאָפֿאָלק סטריט, ביי וועלכען אַ גענאָסע גאָלדבערג, איצט אַ סקווירט מאַנופֿעקטשורער, האָט פֿאר'ן „פֿאָרווערטס" גע­באָרגט אַכט הונדערט דאָלאַר. אױף איהם קוקענדיג האָבען אַנ­דערע גענאָסען צוזאַמענגעבראַכט אױף יענעם מיטינג נאָטס פֿאַר נאָהענט פֿון נאָך צוועלף הונדערט דאָלאַר, און שרהזאָן האָט ניט געקראָגען די מציאה, פֿאַר וועלכער ער האָט אָנגעבאָטען פֿיר טויזענד דאָלאַר.

„דאָס צווייטע מאָל האָט דער „פֿאָרווערטס" געזאָלט פֿאַר­קױפֿט ווערען צו די „קענגערוס", די וואָס האָבען געמאַכט די צווייטע שפּאַלטונג אין „אַבענד-בלאַט". דאָס מאָל האָט איהם, ביז אַ געוויסען גראַד, גערעטעוועט די עקשנות פֿון דעם שרייבער פֿון דיזע צײלען, וועלכער איז, צוזאַמען מיט די גענאָסען ווינ­טשעווסקי, פֿעלער, עליזאָוויטץ און נאָך אײנעם, באַפֿולמעכטיגט געוואָרען דורכצופֿיהרען דעם דיל. דער שידוך האָט שוין גע­האַלטען ביים געשלאָסען ווערען. אונזער קאָמיטע איז געווען זעהר נאָכגעביג. די „קענגערוס" האָבען נאָך לאַנגע דינגעניש איינגע­וויליגט צו געבען פֿופֿצען הונדערט דאָלאַר קעש, כּדי אױסצולײזען טשעקס, וואָס האָבען זיך אַרומגעדרעהט אין מאַרקעט, און פֿאַר וועלכע פֿעלער און איך האָבען געקענט געהאַלטען ווערען געזעצ­ליך פֿאַראַנטוואָרטליך. זיי האָבען זיך אָבער קאַטעגאָריש אָפּגע­זאָגט צו באַצאָהלען אָדער איבערצונעמען אױף זיך די עטליבע266וואָכען שׂכירות וואָס עס האָט געקומט די אײניגע אָנגעשטעלטע פֿון דער רעדאַקציע און דעם ביזנעס אָפֿיס. אונזער קאָמיטע איז אַרױס אין אַ צווייטען צימער זיך באַראַטען. ווינטשעווסקי האָט געהייסען נאָכגעבען. צוויי אַנדערע, וועמען עס האָט גע­קומט שׂכירות, האָבען געהאַלטען מיט איהם. פֿעלער איז געווען ענטריסטעט מיט דער גאַנצער האַלטונג פֿון די „קענגערוס" און האָט אַ קוס געטאָן צו מיר. איך האָב געקראַגען אַ קאָפּ-וועהטאָג און ערקלערט, אַז מיר מוזען עס אָפּלייגען אױף מאָרגען. ס'איז שוין געווען האַלב נאָך 2 אין דער פֿריה. מיר זיינען אַרױס אױף דרויסען. מיללער, וועלכער האָט געוואואינט פֿיר טירען אַוועק פֿון סאָציאַליסטישען קלוב-רום, וואו דער קאָנפֿערענץ איז געהאַלטען געוואָרען, איז געשטאַנען אַריבערגעבויגען דורך זיין אָפֿענעם פֿענסטער און געוואַרט צו הערען נייעם פֿון דעם שדוך.

מיר האָבען איהם דערצעהלט וועגען וואָס עס האָנדעלט זיך.

— וויפֿיל מוזט איהר האָבען אױף אױפֿצובלאָזען דעם „פֿאָר­ווערטס" און ראַטעווען אײערע און פֿעלער'ס פֿעל? — האָט ער געפֿרעגט.

— ביי אַ טויזענד דאָלאַר — האָב איך איהם געענטפֿערט.

— געהט שלאָפֿען, און זעהט מיך מאָרגען ביטאָג.

„איך בין געגאַנגען שלאָפֿען.

„מיללער האָט געהאַלטען וואָרט אױף האַלב. דורך דער פֿריינדליבקייט פֿון דעם טעאַטער מענעדזשער עדעלשטיין און די באַריהמטע שוישפּילער קעסלער, אדלער און טאָמאַשעווסקי, האָט ער אונז דערלאַנגט די טויזענד דאָלאַר, אָבער ניט אױף „אױפֿ­צובלאָזען" דעם „פֿאָרווערטס", נאָר אױף צו פֿאַרלענגערן זיין גסיסה.

„אין אזאַ אימער-גוסס'דיגען צושטאַנד, וואו אַ שפּעטער­דינער קריזיס האָט איהם אַרױסגעשלעפּט פֿון אַ פֿריהערדיגען, האָט זיך געפֿונען דער „פֿאָרווערטס" ווען קאהאן איז צוריקגעקומען איבערנעמען זיין רעדאַקציע.

„און ניט נאָר פֿינאַנציעלע קריזיסען האָט דער „פֿאָרווערטס" דורכגעלעבט און דורכגעטראָגען די פֿינף יאָהר וואָס קאהאן איז געווען פֿון איהם אַוועק. די רעדאַקציאָנעלע קריזיסען זיינען פֿי267לייכט געווען נאָך ערגער, ווייל זיי האָבען פֿאַרמריבען אַ גרויסע צאָל גענאָסען, וועלכע האָבען זיך אָנפֿאַנגס גרופּירט אַרום דעם „פֿאָרווערטס". אזױ ווי עס איז ניט געווען קיין באַשטענדיגע ריכט-שנור, האָט אײן מאָל אײן גרופּע, אַן אַנדערס מאָל אַן אַנדער גרופּע פֿון זיינע נאָהענטע פֿריינד און גרינדער, זיך ערנסט געשטעלט די פֿראַגע: צו וואָס לוינט זיך דאָס אַלץ?

„רעדאַקטאָרען זיינען געקומען, אַוועקגעגאַנגען, צוריקגעקו­מען און ווידער אַוועקגעגאַנגען, ווען זיי האָבען געוואָלט, אָדער ווען זיי האָבען געמוזט. מיללער, זאַמעטקין, פּעסקין, עליזאָוויטץ, די אַדווערטייזינג אַגענטען, דער מענעדזשער, דער פֿאָרמאַן פֿון די זעצער רעזניק — אַלע האָבען רעדאַקטירט דעם „פֿאָרווערטס", אַמאָל על פּי נויט, און אַמאָל לױט זייער מאָמענטאַלען פֿאַר­לאַנג.

„אַב. קאהאן איז די ערשטע פֿאָר יאָהר ניט געקומען נאָהענט צום „פֿאָרווערטס". די נעכסטע צוויי יאָהר פֿלעגט ער פֿון צייט צו צייט אַריינקומען אין אָפֿים אױף דיוויזשאָן סטריט, לעבען סאָ­פֿאָלק, אַמאָל צו דיקטירען אַ קליינע זאַך, אַמאָל אָנצואװיזען אױף עפּעס אין אַן ענגלישער צייטונג, וואָס עס וואָלט געפּאַסט פֿאר'ן „פֿאָרווערטס". ביי דיזע וויזיטען זיינע פֿלעגט ער זיך נאָכפֿרעגען אױף דעם „פֿאָרווערטס", און מיר האָבען פֿון איהם קיין זאַך ניט פֿאַרבאָרגען. מיר פֿלעגען אָבער באַטאָנען, אַז וואָס דעם חולה פֿעהלט, איז מייסטענס אַ דאָקטאָר, וואָס זאָל שטאַר­קען זיינע בלוטען; אַז געוויכט וועט ער שוין דערפֿון אַליין צו­קריגען. מיר פֿלעגען איהם אָפֿט געבען אַ קאַפּולער אָנצוהערע­ניש, אַז ער וואָלט געווען דער ריכטיגער דאָקטאָר, אַז די נויר­סעם וואָלטען זיך צוגעהערט צו זיינע רייד, אױסגעפֿאָלגט זיינע אָרדערס און אַז די נאָהענטע קרובים וואָלטען אױפֿגעהערט איהם צו היי­לען מיט „באָבסקע" רפֿואות.

„קאהאן פֿלעגט אונז בלױז ענטפֿערען מיט אַ שמייכעל, אָט ווי ער וואָלט זאָגען: „כ'ווייס, כ'ווייס, דאָס. האָט איהר מיר גע­זאָגט נאָך מיט פֿינף יאָהר צוריק, ווען איך בין אײן מאָל, געגען מיין ווילען, געוואָרען ביי אייך רעדאַקטאָר".

268„אין אַ מיטוואָך'דיגען נאָכמיטאָג זיינען פֿעלער און איך געגאַנגען אױף איסט-בראָדוויי, אַרױף צו קאַנעל סטריט. מיר זיי­נען געגאַנגען מיט דער זייט פֿון גאַס, וואו עס האָבען זיך דאַן געפֿונען די חורבות פֿון די הײזער, וועלכע מען האָט נאָר וואָס געהאַט אַראָפּגעוואָרפֿען אום צו בויען דעם פּאַרק וואָס געפֿינט זיך איצט אַנטקעגען דער „פֿאָרווערטס" בילדינג. מיר האָבען זיך אָנ­געטראָפֿען מיט אַ געָנ. קאהאַנ'ען, קומענדיג אונז אַנטקעגען, אױף זיין וועג צום „פֿאָרווערטס" אָפֿים צו. מיר האָבען זיך אַ וויילע אָפּגעשטעלט. אַ וואָרט נאָך אַ וואָרט און מיר האָבען גענו­מען ערנסט אײנ'טענה'ן מיט איהם, אַז ער וואָלט בעדאַרפֿט צו­ריקקומען צום „פֿאָרווערטס". מיר האָבען איהם ערקלעהרט, אַז קיין שאַרפֿען פֿינאַנציעלען קריזיס לעבט די צייטונג איצט ניט דורך, אָבוואָהל ס'זאָל אַזױ ניט טרעפֿען, ווי עס קען יאָ טרעפֿען. אַז, לױט אונזער מיינונג, וואָלט נאָך אַ טויזענד צירקולאַציע אױסגעגליכען די הכנסה מיט דער הוצאה.

„ס'איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין פֿילע געשפּרעכען, וואָס איך האָב געהאַט מיט קאהאנ'ען וועגען צוריקקומען צום „פֿאָרווערטס", אַז איך האָב געפֿיהלט, אַז עס קען זיין דאָס און­זערע רייד זאָלען ניט זיין אומזיסט. ס'האָט זיך גע'מערקט אַ בענקשאַפֿט אין קאהאנ'ם שטימע. פֿעלער און איך זיינען שוין ניט געגאַנגען אױף אונזער שליחות נאָך קאַנעל סטריט, און קאהאן איז שוין ניט געגאַנגען צום „פֿאָרווערטס" אָפֿים צו. מיר האָבען זיך אַרומגעדרעהט הין און צוריק, אַרום די צואואואַר­פֿענע חורבות, און אײנגע'טענה'ט. צולעצט האָט מיר קאהאן אַ זאָג געטאָן:

— ליעף, איך האָב מורא איהר מאַכט אַ טעות. די גענאָ­סען זיינען די זעלבע ווי געווען; איך — ניט. איך בין געווען אױף דער ברייטער וועלט, איך האָב אױסגעפֿונען אַז מיר, סאָ­ציאַליסטען, האָבען ניט קיין פּאַטענט אױף עהרליבקייט און וויסען. די אױסערע וועלט איז טאָלעראַנטער צו אונז ווי מיר צו איהר. זי זוכט אונז צו פֿאַרשטעהן. מיר קענען אונזער אײגענע באַוועג­גונג ניט, ווייל מיר ווילען ניט קענען די דרויסענדיגע וועלט. איהר און אײערע גענאָסען זייט אָנגעזאַפֿט מיט אַ קלייזעל-גייסט.

269וועט דער „פֿאָרווערטס" בלייבען וואָס ער איז, וועט ער ווייט ניט געהן. דער ברייטער עולם וועט זיך צו איהם ניט דערנעהנטע­רען, ווייל ער אינטערעסירט זיך ניט מיט אַלע לעבענס-אינטע­רעסען וואָס אינטערעסירען די ברייטע מאַסען אױסער זייער טעג­ליכען עקאָנאָמישען קאַמף. איך זאָג אייך, ליעף, ס'איז אזױ וויכ­טיג צו לערנען דעם עולם צו טראָגען אַ נאָזטיכעל אין קעשענע ווי צו טראָגען אַ יוניאָן-קאָרד; צו האָבען דרך-ארץ פֿאַר אַן אַנ­דערנס מיינונג, איז אזױ נויטיג, ווי צו האָבען אַן אײגענע מיינונג.

„אזױ, אָדער אונגעפֿעהר אזױ, האָט קאהאן גערעדט צו אונז אַ לאַנגע, לאַנגע צייט. איך האָב געפֿיהלט, אַז מיר זיי­נען נאָהענט צו אונזער ציל, אַז קאהאן איז ווידער מיט אונז.

— ניט איך האָב אַ טעות, נאָר איהר, גענאָסע קאהאן, — האָב איך איהם געענטפֿערט. — איך בין זיכער, אַז מיר אַלע ווילען דאָס זעלבע וואָס איהר, נאָר מיר ווייסען ניט ווי צו גע­בען אױסדרוק צו אונזער אינערליכען, פֿאַר אונז ניט קלאָהרען, פֿאַרלאַנג. מיר דאַרפֿען אימעצען וואָס זאָל דאָס אַלעם פֿאַר אונז אױסדריקען אין ווערטער, איבערזעצען אין טאַטען. לאָזט מיך ביים נעקסטען מיטינג אייך פֿאָרשלאַגען אַלם רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס", און איהר וועט זעהן, אַז מיר ביידע מאַכען ניט קיין טעות.

— איך וועל זיך איבערלייגען, — איז געווען קאהאנ'ם קור­צער ענטפֿער. — אַ רעדאַקטאָר מוז האָבען די גאַנצע אונבאַשרענק­טע מאַכט; אונזער עולם קען עס נאָך ניט פֿאַרדייהען. גוד-נאַיט.

„צוריקקומענדיג האָבען מיר ביים טיר פֿון „פֿאָרווערטס" אָפֿים אָנגעטראָפֿען גענ. ליעסינ'ען.

— איהר האָט ניט געדאַרפֿט איהם אָפּלאָזען, איהר האָט געדאַרפֿט איהם ברענגען גלייך אין אָפֿים, — האָט ליעסין אונז געזאָגט, ווען מיר האָבען איהם דערצעהלט וועגען אונזער גע­שפּרעך מיט קאהאנ'ען.

„דאָנערשטאָג, אַ וואָך שפּעטער, איז אָפּגעהאַלטען געוואָרען אַ מיטינג פֿון „פֿאָרווערטס" פּרעס-פֿעדערײשאָן. אַנאָנסירט דעם מיטינג האָבען מיר אױף אַ סודות'דיגען אופֿן, ניט דערצעהלענ­דיג דעם צוועק. איך ווייס ניט אױב עס זיינען געווען פֿינף

װיליאַם ליעף · אַלבערט פֿעלער
װיליאַם ליעף · אַלבערט פֿעלער
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 270)

270מענשען פֿון פֿאַרוואַלטונגס-ראַט ווען מיר האָבען אָנפֿאַרטרויט אונזער האָפֿנונג צוריקצוקריגען קאהאנ'ען.

„דער מיטינג, אין 42 סאָפֿאָלק סטריט, איז געווען דער גע­פּאַקטסטער זינט דעם שרהזאָן אינצידענט. און מערקווירדיג, אױף יעדענס פּנים האָב איך געלעזען, אַז ער ווייס דעם סוד. אזױ, אַז ווען איך האָב גענומען ערקלעהרען דעם צוועק פֿון דער פֿאַר­זאַמלונג, האָב איך אָנגעהויבען ניט פֿון דער האָפֿענונג און מעג­ליכקייט קאהאן זאָל ווידער ווערען רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס", נאָר פֿון דער פֿראַגע, וואָס מיר דאַרפֿען טאָן אום מעגליך צו מאַכען, אַז קאהאן זאָל קענען אָנגעהן מיט דער רעדאַקציע פֿריי און אונגעשטערט. ערשט ווען איך בין שוין פֿאַרטיג געוואָרען, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז קאהאן האָט נאָך ניט אָנגענומען, אַז ער דאַרף זיך ערשט איבערלייגען. איך האָב עס ערקלערט דער פֿאַרזאַמלונג.

„ליעסין, מאַקס פֿיין און אַנדערע האָבען ענטוזיאַסטיש באַ­גריסט די האָפֿענונג, און אַ רעזאָלוציע איז אײנשטימיג אָנגענומען געוואָרען אױפֿצופֿאָדערען גענ. קאהאנ'ען ער זאָל צוריק איבערנע­מען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס", און איהם פֿאַרזיכערען אַז די פֿעדערײשאָן ניט איהם פֿאַראױס די פֿולע מאַכט צו פֿיהרען די רעדאַקציע לױט זיינע אַנזיכטען.

„און אזױ ווייט זיינען די גענאָסען אַוועק אין זייער ענטו­זיאַזם פֿאַר די נייע אױסזיכטען וואָס עס האָבען זיך געוויזען פֿאר'ן „פֿאָרווערטס", דאָס זיי האָבען געגעבען „פֿול-פּאַוער" צו דער קאָמיטע, וואָס האָט זיך בעדאַרפֿט זעהן מיט קאהאנ'ען, צו מאַכען אַלע אַראַנדזשמענטס, ניט אָנפֿרעגענדיג זיך מעהר אַפֿילו ביים פֿאַרוואַלטונגס-ראַט — אַ זאַך, וואָס איז פֿריהער קיינמאָל ניט ערלױבט געוואָרען. אָבוואָהל אָן דעם אָפֿיציעלען וויסען פֿון דער פֿעדערײשאָן פֿלעגט אַזעלכעס געטאָן ווערען גאַנץ אָפֿט. אַפֿילו דער יונגער גענאָסע לוסקער, וואָס איז געווען אַ מקפּיד אױף אַזעלכע זאַכען און האָט שטרענג אָפּגעהיט די פּריווילעגיעם פֿון פֿאָלק, האָט אױך מסכּים געווען צום „פֿול פּאַוער" פֿאָרשלאַג.

„און קאהאן איז געוואָרען דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס".

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 258] אזױ ווי עס איז שוין געווען דער נאָמען פֿון מאָריס הילקאַוויץ, לויט אַן אָפֿיציעלע ענדערונג, וועלכע איז געמאַכט געוואָרען דורכ'ן געריכט.