271מיין פּלאַן צו אַרבייטען ביים „פֿאָרווערטס" גאָר ביז דער מיטאָג-שטונדע און די איבעריגע צייט אָפּצוגעבען צו ענגלישער ליטעראַטור, האָט זיך אַרױסגעוויזען פֿאַר אַ טרױם. די ערשטע עטליכע מאָנאַטען בין איך פֿון דער רעדאַקציע ניט אַװעק פֿריהער פֿאַר ניין אָדער צעהן אוהר אין אָװענד, און פֿאַר זעקס אוהר געה איך איצט אױך ניט אַװעק. איך האָב אַכטונג געגעבען אױף יעדער אײנצעלהייט און אײנגעפֿיהרט פֿאַרשיידענע נייעסען, ביי װעלכע עס איז מיר אױסגעקומען צו שרייבען אַליין. עס איז געװען אַ מאַסע אַרבייט.
פֿאַר מיין סעקרעטאַר האָב איך באַשטימט גענאָסע לעאָן גאָטליב'ען, װעלכער האָט פֿריהער אין „פֿאָרווערטס" געאַרבייט אַלס קאָרעקטאָר, און װעלכער איז מיט דער צייטונג פֿאַרבונדען עד היום. ער און א. פֿרומקין, װעלכער פֿלעגט מיר אױסהעלפֿען מיט איבערזעצונגען און אַנדערע רעדאַקציאָנעלע פֿליכטען, זיינען געװען צװיישען מיינע איבערגעבענסטע און פֿלייסיגסטע מיטאַרבייטער.
דער צויבער פֿון ליטעראַטור האָט אױף אַ היבשע צייט אײנגאַנצען אָפּגעטראָטען זיין פּלאַץ דעם צויבער פֿון אױפֿבױען דעם „פֿאָרווערטס".
עס זיינען װידער געװען שטערונגען, צוזאַמענשטױסען, ער272גערנישען. עס איז אָבער אױסגעקומען װי ליעף האָט געזאָגט. די אומשטענדען זיינען איצט געװען גאַנץ אַנדערע; און אַנשטאָט אַװעקצונעמען ביי מיר דעם חשק צו אַרבייטען פֿאַר דער צייטונג, האָבען די צוזאַמענשטױסען צוגעגאַסען אױל צו דעם פֿייער פֿון מיין אינטערעס אין די נייעסען, װאָס איך האָב אײנגעפֿיהרט.
איך בין אַזױ פֿאַרשלונגען געװאָרען אין מיין „פֿאָרווערטס" אַרבייט, אַז אַ לאַנגע צייט האָב איך אַבסאָלוט קיין אַנדער זאַך אין זינען ניט געהאַט. װען דער ערפֿאָלג פֿון די רעפֿאָרמען װאָס איך האָב געמאַכט אין „פֿאָרווערטס" האָט זיך גענומען שטאַרק אָנזעהן, האָט מיללער אין אַ געשפּרעך מיט מיין פֿרוי אַמאָל געמאַכט די פֿאָלגענדע באַמערקונג:
„אײנע פֿון די אורזאַכען פֿון קאַהאַן'ס ערפֿאָלג איז זיין באַגייסטערונג. װען ער נעמט זיך פֿאַר אַ זאַך, װערט ער באַגייסטערט פֿאַר איהר, און דאַן װאַרפֿט ער זיך אין איהר אַריין מיט לייב און לעבען".
מיין אינטערעס אין ליטעראַטור איז ניט געמינדערט געװאָרען. מיין ליטעראַרישע אַרבייט האָב איך אָבער אָפּגעלייגט און אָפּגעלייגט.
אין דער צייטונג האָב איך געמאַכט גרינדליכע ענדערונגען, אַזעלכע גרינדליכע, אַז די געגנער און דער לעזענדער עולם זיינען איבעראַשט געװאָרען.
„עס איז גאָר אַן אַנדער „פֿאָרווערטס"! — אײניגע האָבען דאָס געזאָגט אַלס אַן אױסדרוק פֿון ענטציקונג; אַנדערע אַלס אַן אױסדרוק פֿון פּראָטעסט.
דער פּונקט װערט דייטליך אַרױסגעבראַכט אין דעם איבערבליק איבער דער „פֿאָרווערטס" געשיכטע, װעלכען הלל ראָגאָף האָט פֿאַרעפֿענטליכט אין דעם יום-טוב נומער פֿון דער צייטונג לכבוד איהר 25-טען יובילעי, דעם 22טען אַפּריל, 1922. ראָגאָף'ס אַרטיקעל, װעלכער פֿאַרנעמט צװיי „פֿאָרווערטס" פֿיי-273דזשעס, איז געשריבען געװאָרען אױפֿ'ן גרונד פֿון זיין פּערזענליכער באַקאַנטשאַפֿט מיט'ן ענין און פֿון געשפּרעכען װאָס ער האָט געהאַט מיט עטליכע פֿון די עלטערע גענאָסען.
„קאַהאַן — דערצעהלט ראָגאָף — האָט געגלױבט אַז דער „פֿאָרווערטס" מוז װערען אַ צייטונג פֿון די ברייטע מאַסען, אַז ער טאָר ניט אַרױסגעגעבען װערען בלױז פֿאַר די געצעהלטע מענשען, די ענגע גרופּען װאָס פֿיהרען אָן די סאָציאַליסטישע און יוניאָן באַװעגונג. זיין גרונד טעאָריע אין דיזער פֿראַגע איז געװען די פֿאָלגענדע:
„אױב דער „פֿאָרווערטס" װיל צוציהען די מאַסען צום סאָציאַליזם, אױב ער זוכט אױסצואיבען אַן אײנפֿלוס איבער די מאַסען, אַ סאָציאַליסטישען אײנפֿלוס, מוז ער פֿריהער פֿאַר אַליץ מאַכען די מאַסען פֿאַר זיינע לעזער. און אום דאָס צו טאָן, מוז מען דרוקען אַרטיקלען װאָס אינטערעסירען דעם ברייטען עולם, אַרטיקלען װאָס ענטהאַלטען אַן אַלגעמיין מענשליכען אינטערעס.
„אַזױנע אַרטיקלען פֿלעגען אין „פֿאָרווערטס" פֿריהער זעלטען װען געדרוקט זיין; פֿריהער פֿלעגט מען גלױבען, דאָס װי באַלד דער „פֿאָרווערטס" װערט אַרױסגעגעבען צו פּראָפּאַגאַנדירען סאָציאַליזם און צו העלפֿען די אַרבייטער אין זייערע עקאָנאָמישע קעמפֿע, דאַרף ער ניט דרוקען קיין אַנדערע זאַכען װי אַרטיקלען װעגען סאָציאַליזם און טרייד-יוניאָניזם (װעגען דער נייעם פֿיידיש רײדען מיר דאָ ניט). קאַהאַן האָט דיזע אַרטיקלען געדרוקט פּונקט װי בעפֿאָר. די מעהרסטע לייט-אַרטיקלען און די אַנדערע ערנסטע אַרטיקלען זיינען װי פֿריהער געװען ריין סאָציאַליסטישע, און די אַלגעמיינע פּאָליסי פֿון דער צייטונג איז געװען פּונקט אַזױ שטרענג סאָציאַליסטיש װי אימער. ער האָט אָבער אױך געגעבען פּלאַץ פֿאַר אַ נייעם סאָרט אַרטיקלען, פֿאַר פּאָפּולערע, פֿאַר אַלגעמיין מענשליכע.
„ער האָט אַרײנגעגאַסען פֿיל לעבען אין דער צייטונג. זי האָט ביי איהם אױפֿגעבליהט, אױפֿגעלעבט. זי האָט געקאָכט מיט נייע זאַכען, מיט אינטערעס.
274„װאו מען איז געשטאַנען און געגאַנגען, האָט מען גערעדט פֿון „פֿאָרווערטס".
„קאַהאַן'ס נייע פּאָליסי האָט אַרױסגערופֿען פֿיל אָפּאָזיציאָן צװיישען די גענאָסען. ניט בלױז מעמבערס פֿון דער „פֿאָרווערטס" אַסאָסיאיישאָן האָבען פּראָטעסטירט, נאָר אױך פֿילע אױטסיידיגע פּאַרטיי-גענאָסען און סימפּאַטיזערס. זיי האָבען ערקלעהרט, דאָס װעהרענד זיי האָבען דעם העכסטען רעספּעקט צו גענאָסע קאַהאַן'ען, און װעהרענד זיי האָבען אױך דעם פֿולסטען צוטרױען צו זיין סאָציאַליסטישער איבערגעבענהייט און צו זיין פּרינציפֿען-טרייהייט, קענען זיי ניט אײנשטימען מיט איהם אין באַצוג צו זיין עדיטאָריעל פּאָליסי. זיי האָבען געהאַלטען דאָס דער נייער סאָרט אַרטיקלען, װאָס קאַהאַן האָט אַרײנגעבראַכט אין „פֿאָרווערטס", טאָרען אין אַ סאָציאַליסטישער צייטונג ניט ערשיינען.
„און קאַהאַן האָט דיזען שטאַנדפּונקט באַקעמפֿט. ער האָט גע'טענה'ט, אַז דער „פֿאָרווערטס" מוז אױפֿהערען צו זיין ניט מעהר װי אַן אָרגאַן פֿון סאָציאַליסטען פֿאַר סאָציאַליסטען. ער דאַרף זיין אַ סאָציאַליסטישע צייטונג װאָס זאָל אַרומנעמען דעם גאַנצען לעבען. זיין מיינונג איז געװען, אַז װען דער „פֿאָרווערטס" װעט געהן אױף דיזען װעג, װעט ער צוציהען צו זיך די מאַסען און װעט װערען אַ צייטונג פֿון פֿאָלק. און זייענדיג אַ צייטונג פֿון פֿאָלק, װעט ער קענען צװיישען די מאַסען פֿאַרשפּרייטען זיינע סאָציאַליסטישע לעהרען און אױפֿבױען די סאָציאַליסטישע באַװעגונג און די יוניאָנס.
„און די פּראַקטיק האָט שנעל באַװיזען אַז קאַהאַן האָט רעכט געהאַט אין זיינע באַהױפּטונגען װעגען צוציהען לעזער.
„אונטער זיין רעדאַקציע האָט די סירקולײישאָן פֿון „פֿאָרווערטס" אױפֿ'ן שטעל זיך גענומען הויבען און הויבען. אין די אידישע קװאַרטאַלען פֿון ניו יאָרק און אַנדערע שטעדט האָט מען באַלד גענומען רײדען װעגען די נייע אַרטיקלען װאָס דער „פֿאָרווערטס" האָט געדרוקט. פֿילע געגנער קאַהאַן'ס האָבען זיך מיט דער צייט איבערצייגט, אַז ער איז פֿאָרט גערעכט".
אין 1897, װען איך בין געװען רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָר-275ווערטס" אין די ערשטע עטליכע מאָנאַטען פֿון זיין עקזיסטענץ, האָב איך געהאַט דעם זעלבען שטאַנדפּונקט, נאָר דאַן האָב איך ניט געהאַט די מעגליכקייט איהם דורכצופֿיהרען. אױף די מיטינגען פֿון דעם „פּרעס-פֿאַראיין", װעלכער איז שפּעטער געװאָרען די „פֿאָרווערטס אַסאָסיאיישאָן", האָב איך אימער אָנגעװיזען װי אונפּראַקטיש עס איז פֿאַר דעם „פֿאָרווערטס" זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַטאַקעס אױף דעליאָן'ען — אַ נאָמען, װעלכער איז דעם עולם אפֿילו ניט באַקאַנט (זעה דריטען באַנד, 478-479). דאָס איז אײגענטליך געװען נאָר אַ ביישפּיל, װעלכען איך פֿלעג ברענגען צו באַװייזען מיין שטאַנדפּונקט, אַז די צייטונג דאַרף זיין פֿאַר'ן גרױסען עולם, און ניט פֿאַר אַ סאָציאַליסטישע סעקטע. אױב איך פֿלעג דיזען ביישפּיל געברױכען עפֿטער װי אַנדערע ביישפּילען, איז דאָס געװען נאָר דערפֿאַר, װאָס די דעליאָן פֿראַגע איז אַן און פֿאַר זיך געװען אַ װיכטיגע פֿראַגע ביי אונז, די װיכטיגסטע אין יענע טעג. איך פֿלעג אָבער װידער און װידער ערקלעהרען, אַז מיר מוזען שאַפֿען אַ צייטונג פֿאַר די ברייטע מאַסען, פֿאַר דעם אַלגעמיינעם לעזער, און ניט פֿאַר אונזער אײגענער קלייזעל.
„אַ צייטונג פֿאַר אַ קלײנע װעלטעלע אָדער פֿאַר אַ גרױסער װעלט?" אזױ פֿלעג איך די פֿראַגע אױעקשטעלען; אזױ פֿלעג איך זיך אױסדריקען.
די װיכטיגערע פֿון די נייעסען, אָדער „רעפֿאָרמען" װאָס איך האָב אײנגעפֿיהרט, זיינען געװען פֿון דריי פֿאַרשיידענע סאָרטען:
1) אין באַצוג צו דעם כאַראַקטער פֿון געװיסע אַרטיקלען, װעלכע פֿלעגען פֿריהער ניט געדרוקט װערען און װעלכע איך האָב אָנגעהויבען צו דרוקען.
2) אין באַצוג צו דער פֿראַגע, װי דער „פֿאָרווערטס" זאָל זיך פֿאַרהאַלטען צו מענשען װאָס זיינען ניט קיין סאָציאַליסטען, אָדער זאָגאַר ניט קיין פֿרײדענקער.
2763) אין באַצוג צו דער שפּראַך פֿון דער צייטונג און דעם אַלגעמיינעם אַרט װי אזױ אַלץ זאָל געשריבען װערען.
מיר װעלען די דריי מינים רעפֿאָרמען באַטראַכטען כסדר.
איך האָב נאַטירליך געדרוקט סעריעזע אַרטיקלען, טעאָרעטישע באַטראַכטונגען איבער עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און סאָציאַלע ענינים, אַגיטאַציאָנס-אַרטיקלען פֿאַר די יוניאָנס און פֿאַר דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג. אָבער פֿריהער פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס" געבען כמעט אױסשליסליך אַזעלכע. האָב איך, אַ חוץ זיי, גענומען דרוקען „לייכטע אַרטיקלען", דאָס הייסט, אַזעלכע װאָס האָבען מיט פּאָליטישע אָדער סאָציאַלע פֿראַגען קיין שייכות ניט — סתם אַרטיקלען פֿון לעבען, װאָס זיינען אינטערעסאַנט צום עולם.
איך האָב אײנגעפֿיהרט אַ סיסטעם, אַז די סעריעזע און די „לייכטע" אַרטיקלען זאָלען געהן „אײנער איבער אײנעם" — נאָך דעם לייט-אַרטיקעל זאָל געהן אַ „לייכטער", דאַן װידער אַ סעריעזער, דאַן װידער אַ לייכטער.
און װאָס אָנבאַטרעפֿט די סעריעזע, האָב איך זיך געסטאַרעט אַז זיי זאָלען ניט זיין צו אַבסטראַקט-טעאָרעטיש, און אַז די ענינים זאָלען זיין אַזעלכע, װעלכע די מאַסען באַנעמען, און מיט װעלכע זיי קענען זיך אינטערעסירען.
איך האָב מיטגעבראַכט קליפּינגס (אױסשניטען) פֿון „לייכטע אַרטיקלען" אָדער פֿעליעטאָנען, װאָס איך האָב געשריבען פֿאַר דעם „קאָממוירשעל אַדװוערטייזער" און פֿאַר דער „סאָן" (די לעצטע עטליכע מאָנאַט). פֿון זיי פֿלעג איך אױסקלייבען אַזעלכע, װאָס זאָלען אינטערעסירען אונזערע לעזער, און פֿלעג זיי לאָזען איבערזעצען. געװעהנליך פֿלעג איך זיי געבען א. פֿרומקין'ען, װעלכער איז דאַן געװען אַ מיטאַרבייטער אין „פֿאָרווערטס" און װעלכער פֿלעגט די איבערזעצונגען מאַכען אין אַ קלאָהרער, אידישער שפּראַך.
דער ערשטער „לייכטער אַרטיקעל" אַזעלכער איז ערשינען אין מיין ערשטען נומער (זונטאָג, דעם 16-טען מערץ, 1902). דאָס קעפּעל איז געװען:
277אײנגעליבט אין אידישע קינדער.
קריסטען װאָס זיינען זיך מגייר צוליב מעדכען* אָדער יונגע לייט אין אידישען קװאָרטאַל.
גראָד מיט אַ װאָך פֿריהער איז געװען אַ נייעס װעגען דער טאָכטער פֿון אַ מלמד פֿון 21 ראָטגערס סטריט, װאָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ גרעק. האָב איך דאָס געמאַכט פֿאַר אַ מין הקדמה. און װייטער געהט פֿרומקין'ס איבערזעצונג פֿון מיין אַרטיקעל װעגען איירישע אָדער איטאַליענישע יונגע לייט, װאָס פֿאַרליבען זיך אין אידישע מיידלעך (איך בין מיט די דאָזיגע פֿאַקטען באַקאַנט געװאָרען אױף מיינע שפּאַצירען און פֿאָרשונגען אין די אידישע גאַסען). איך דערצעהל דאָרטען דאָס פֿאָלגענדע:
אַן איטאַליענישער באַרבער (ראַזירער) האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ אידישער מיידעל, װאָס האָט געװאוינט ביי איהרע עלטערען אין דער טענעמענט הױז, װאו ס'איז געװען זיין באַרבער-שאַפּ. ער איז באַרייט געװען זיך מגייר צו זיין. אלזאָ, איז געװען אַ ברית און אַ חתונה. אין באַצוג צו דער דאָזיגער פֿאָלק האָט מיך הױפּטזעכליך פֿאַראינטערעסירט דער לעבען פֿון דעם גר נאָך דער חתונה. מען האָט מיר דערצעהלט, אַז זיין אידישע שװיגער האָט פֿאַר איהם גענומען אַ מלמד, װעלכער האָט איהם געלערענט דאַװענען, ליגען תפֿילין, — „זיין אַ איד מיט אידען צוגלייך".
װען ער האָט זיך אױסגעלערענט זאָגען עברי װי עס איז,278האָט די שװיגער איהם געצװואונגען צו ליגען תפֿילין און דאַװונען יעדען אין דער פֿריה. אַז ניט, האָט זי איהם ניט געגעבען קיין פֿרישטיק. ער פֿלעגט פֿאָלגען, ניט-װיליגדיג.
די דאָזיגע אידענע האָט געהאַט אַ זוהן מיט'ן נאָמען דזשאָו, אַן אַמעריקאַנער באָי, װעלכער האָט זיך אױך געפֿױלט צו דאַװונען. אָבער מיט איהם האָט זי ניט געקענט אױספֿיהרען. דזשאָו פֿלעגט עסען אָהן דאַװונען.
פֿלעגט דער איטאַליענישער גר פּראָטעסטירען:
— פֿאַרװאָס דזשאָו עסט אָהן דאַװונען?
— דזשאָו איז אַ איד! — פֿלעגט זי ענטפֿערען.
דער פּשט דערפֿון איז געװען, אַז דזשאָו איז סיי-װי-סיי אַ איד, צי ער איז פֿרום, צי ניט. דער איטאַליענער אָבער איז אַ איד נאָר דאַן, װען ער היט אָפּ אידישקייט; אַז ניט, איז ער אַ גױ.
װען דיזער אַרטיקעל איז געװען אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס", האָבען זיך אַלע פֿון אַלע זייטען געהערט באַריכטען אַז דער עולם רעדט פֿון דער געשיכטע. אין דער רעדאַקציע זיינען אָנגעקומען בריף מיט לױב-געזאַנגען, מיינונגען און פֿראַגען. אײניגע האָבען געזאָגט אַז די שװיגער איז צו שטרענג; אַז אױב זי װעט אזױ װייטער געהן, װעט זי דעם איטאַליענער פֿאַרטרייבען פֿון שטוב. אַנדערע האָבען סתם פֿאַרדאַמט אזעלכע היראַטען; װידער אַנדערע האָבען זיי געלױבט און געפּרעדיגט דעם פֿרייען געדאַנק. די פֿראַגע-שטעלער זיינען געװען נייגעריג צו װיסען װאָס עס איז געװאָרען.
אַ חוץ „קליפּינגס" פֿון פֿאַרטיגע אַרטיקלען, האָב איך געהאַט מאַסען נאָטיצען פֿון מיינע באָאַבאַכטונגען און געשפּרעכען אין די אידישע גאַסען. האָב איך פֿון זיי געשעפּט פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", און — װי מיר װעלען באַלד זעהן — האָב איך אױך געמאַכט נייע שפּאַצירען און באָאַבאַכטונגען ספּעציעל פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס". דאָס אַלץ איז געװען אַ קװאַל פֿון טהעמאַס פֿון דעם היימישען לעבען אין די אידישע קװאָרטאַלען — װעגען היראַטען, גט'ן, אײפֿערזוכט-געשיכטעס, אינטערעסאַנטע געשעהע-279נישען מיט עלטערען אָדער פֿריינד, װאָס מען ברענגט אַראָפּ פֿון דער אַלטער היים.
דיזע „לייכטע אַרטיקלען" האָבען געהאַט אַן אונגעהױערען ערפֿאָלג.
אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" זיינען דערמאָנט געװאָרען די „יום כפּור בעלער" און אַנדערע אַנטי-יום כפּור דעמאָנסטראַציעס, װעלכע אנאַרכיסטען פֿלעגען מאַכען. איך בין אימער געװען געגען דיזען זאָרט להכעיס-פּראָפּאַגאַנדא און איך האָב אין דער „אַרבייטער צייטונג" געשריבען אַרטיקלען געגען דעם. איך פֿלעג װייזען, אַז מיט אזעלכע מיטלען עפֿענט מען ביי דעם גלױביגען ניט די אױגען; אַז מען דערצאָרענט איהם נאָר און מען טרייבט איהם אָפּ פֿון דעם ליכטיגען װאָרט.
אזעלכע אַרטיקלען פֿלעגט מיר אױסקומען צו שרייבען מיט עלף יאָהר פֿריהער. איצט בין איך געװען מיט עלף יאָהר ערפֿאַהרענער. און איצט האָב איך געפֿיהלט, אַז מיר סאָציאַליסטען זיינען נאָך אױך צו פֿאַנאַטיש.
מיר זיינען ניט קיין גלױביגע און דער „פֿאָרווערטס" האָט, נאַטירליך, געהאַט אַן אַנטי-רעליגיעזען כאַראַקטער. אָבער אַ גרױסער טייל פֿון דער אידישער אַרבייטער באַפֿעלקערונג איז געװען רעליגיעז, און אַן אַרבייטער צייטונג, האָב איך געגלױבט, טאָר זיך ניט באַשרענקען אױף אײן קלאַס פֿון די אַרבייטער, אױף די פֿריי-דענקענדע. זי דאַרף זיין דער אָרגאַן פֿון אַלע אַרבייטער.
עס איז איהר פֿליכט אָנצואױיווייזען אױף דעם אונטערשייד צװיישען אױפֿריכטיגע פֿרומקייט און צבֿועצטװוא. און די פֿרומע דאַרף זי אַלץ ערקלערען מיט פֿריינדליכע װוערטער, ניט מיט אָפּפֿלאַכעניש און גיפֿט. און דער בעסטער מיטעל צו באַפֿרייען אַ מענשען פֿון אבֿערגלױבען, איז איהם צו געבען פֿאָפּולערע װיסענשאַפֿט, ענטװיקלען איהם, פֿאַרגרעסערען זיין קענטעניס, פֿאַרברייטערען זיין פֿאַרשטאַנד.
280אײנער פֿון די ערשטע לייט-אַרטיקלען װאָס איך האָב געשריבען אין „פֿאָרווערטס" זינט איך בין װידער געװאָרען זיין רעדאַקטאָר, האָט געהאַט דעם איבערשריפֿט: „גענאָסען, האָט רעספּעקט צו דעם אַנדערען'ס עהרליכע מיינונגען".
דער אַרטיקעל האָט ענטהאַלטען דעם געדאַנק, װעלכער איז דאָ אױסגעדריקט געװאָרען. איך האָב געפּרעדיגט טאָלעראַנץ, פֿריינדליכקייט צו עהרליכע רעליגיעזע מענשען און ניט-סאָציאַליסטען, אַ העפֿליכען טאָן, אײדעלע באַציהונגען צו אַלע אױפֿריכטיגע מענשען, צי זיי געהערען צו אונזער לאַגער, צי ניט.
דער אַרטיקעל האָט צװיישען די גענאָסען געמאַכט אַ װאָהרע סענסאַציע. זיי זיינען צו אזאַ זאָרט רייד אין אַ סאָציאַליסטישער צייטונג ניט געװאואינט געװען. מיינע װוערטער האָבען זיי געקלונגען װי „אַנטי-רעװאָלוציאָנער", „אַנטי-סאָציאַליסטיש".
דאָרטען װערט ערקלעהרט די ריכטיגע באַדייטונג פֿון דעם װאָרט „פֿאַנאַטיקער". איך גיב דעם לעזער צו פֿאַרשטיין, אַז אַ פֿרייגעזאָנענענער מענש, װאָס איז ניט-טאָלעראַנט, און שמאָלזיניג אין זיינע אַנטי-רעליגיעזע איבערצייגונגען, איז אַ פֿאַנאַטיק אין זיין פֿרייגעזאָנענהייט. איך האָב דאָ, אײגענטליך, אױסגעדריקט די זעלבע געדאַנקען װי אין יענעם לייט-אַרטיקעל, נאָר אױף אַן אַנדער שטייגער. איך האָב אַפּעלירט צו סאָציאַליסטען, אַז זיי זאָלען האָבען געדולד צו די מיינונגען פֿון עהרליכע קאָנסערװאַטיװע און אָרטאָדאָקסישע אידען, זיי אױסהערען, און אױפֿקלערען אױף אַ פֿריינדליכען שטייגער.
נאָך שפּעטער האָב איך װידער געהאַט אַן אַרטיקעל איבער דער דאָזיגער טעמא. „טאָלעראַנץ" איז געװען די קעפּעל.
פֿריהער פֿלעגען מיר קאָנסערװאַטיװע אידען פֿאַרטרייבען פֿון זיך. זיי פֿלעגען לעזען נאָר דעם אָרטאָדאָקסישען „טאָגעבלאַט" — אפֿילו אַרבייטער פֿון אונזערע יוניאָנס. איצט, נאָך דעם װי זיי האָבען געזעהן אונזער פּאָליסי פֿון טאָלעראַנץ, נאָך דעם װי זיי281האָבען געלעזען די פֿריינדליכע אַרטיקלען װאָס מיר האָבען געװענדעט צו זיי, האָבען זיי אָנגעהויבען צו לעזען אונזער „פֿאָרווערטס".
פֿון דער אַנדערער זייט האָבען פֿילע סאָציאַליסטען געגען אזעלכע אַרטיקלען פּראָטעסטירט.
„װאָס מאַכט איהר פֿון אונזער „פֿאָרווערטס"? — האָט מען צו מיר געשריהען.
איך בין אָבער געגאַנגען מיין װעג.
אין מיינע טאָלעראַנץ-אַרטיקלען פֿלעג איך אימער אױסדריקען אונזער אַנטי-רעליגיעזען שטאַנדפּונקט. אָבער דאָס האָט אונזערע פֿאַנאַטיקער ניט צופֿרידענגעשטעלט.
איך פֿלעג זיי דערמאָנען אָן דעם באַשלום פֿון די דייטשע סאָציאַליסטען, אַז „רעליגיאָן איז אַ פּריװואַט זאַך", דאָס הייסט, אַז יעדער מעג זיך גלױבען אין אזא גאָט אָדער אזא, און דאָך זיין אַ גוטער מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. דאָס האָט אָבער אױך ניט געהאָלפֿען. נאָר אַ גאַנץ קלײנע צאָל פֿון אונזערע גענאָסען זיינען מיט דיזע אַרטיקלען געװען מעהר אָדער װעניגער צופֿרידען. די איבעריגע האָבען געפֿיהלט אזױ װי איך װאָלט פֿאַרשװועכט די צייטונג.
דער העכסטער פּונקט פֿון אױפֿרעגונג איז דערגרייכט געװאָרען, װען איך האָב אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקעל אַן װעגען קדיש זאָגען.
אין דער רעדאַקציע איז אָנגעקומען אַ בריף פֿון אַ יונגען סאָציאַליסט מיט אַ שאלה: צי מעג ער זאָגען קדיש נאָך זיין אָקאָרשט געשטאָרבענעם פֿאָטער אום צופֿרידענצושטעלען זיין מוטער? ער האָט געפֿרעגט צי מעג ער, אַלס פֿריי-דענקער, „האַנדלען געגען זיין געװיסען", אום צו באַרוהיגען זיין פֿאַרטרױערטע מוטער. די אַלמנה האָט געװאואוסט, אַז איהר זוהן איז אַ סאָציאַליסט און אַן אפֿיקורס, אַז ער דאַװוענט קיין מאָל ניט און האַלט ניט קיין שבת.
282איהר איז אָבער שרעקליך געװען זיך פֿאָרצושטעלען, אַז קיינער װעט נאָך איהר ניט זאָגען קיין קדיש.
װי ער האָט ערקלעהרט אין זיין בריף, איז איהם שװוער געװען צו דענקען, אַז ער זאָל „האַנדלען װי אַ צבֿועק" און זאָגען קדיש. ער קען אָבער ניט צוזעהן דעם צער פֿון זיין מוטער, װעלכע שלאָפֿט קיין נעכט ניט איבער דער אָנגעלעגענהייט.
איך האָב אָפּגעדרוקט זיין בריף, און האָב צוגעשריבען אַ רעדאַקציאָנעלען ענטפֿער:
װען ער װעט זאָגען קדיש, װעט דאָס ניט זיין קיין צבֿועצטװוא פֿון זיין זייט. װאָרים ער נאַרט דאָך קיינעם ניט אָפּ. ער פֿאַרבאַרגט קיין זאַך ניט פֿון זיינע סאָציאַליסטישע חבֿרים. אָט דערצעהלט ער דאָך די גאַנצע געשיכטע פֿאַר אַלעמען. און זיין מוטער װעט ער מיט'ן קדיש-זאָגען אױך ניט אָפּנאַרען. זי װייס דאָך אַז ער גלױבט ניט אין דעם און אַז ער טוט דאָס נאָר צו באַרוהיגען איהר האַרץ.
איך האָב גע'פּסק'ענט, אַז צו באַפֿרייען זיין אומגליקליכע מוטער פֿון גייסטיגע יסורים איז אַ װיכטיגערע פֿליכט, װי אָפּצוהיטען די אױסערליכע פֿאָרמע פֿון דעם פֿריידענקערישען פּרינציפּ.
דיזער אַרטיקעל האָט אַרױסגערופֿען אַ װאָהרען שטורם געגען מיר.
סאָציאַליסטען זיינען ניט געװען די אײנציגע װאָס האָבען פּראָטעסטירט. מען דאַרף האָבען אין זינען, אַז יונגע אימיגראַנטען זיינען מערסטענס געװען פֿריי-געזאָנען, פֿול מיט אַ גליהענדע ליי-דענשאַפֿט צו פֿרייהייט פֿון רעליגיעזע קייטען, — אפֿילו אזעלכע, װאָס האָבען אין דער היים אָדער דאָ, צו דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג ניט געהערט.
איך װעל דאָ באַמערקען, אַז ליעסין האָט מיר אין דיזען פֿאַל אונטערשטיצט, און ל. מיללער אױך. מיללער האָט זאָגאַר געשריבען אַ לייט-אַרטיקעל, אין װעלכען ער האָט פֿאַרטיידיגט מיין שטאַנדפּונקט.
283איך קום איצט צו דעם דריטען זאָרט נייעסען, װאָס איך האָב אײנגעפֿיהרט אין „פֿאָרווערטס" — רעפֿאָרמען „אין באַצוג צו דער שפּראַך פֿון דער צייטונג און דעם אַלגעמיינעם אַרט װי אזױ אַלץ זאָל געשריבען װערען".
איך װעל װידער אָנפֿאַנגען מיט אַן אױסצוג פֿון הלל ראָגאָף'ס סקעטש:
„ניט מיט אַלע פּאָליסים קאַהאַן'ס זיינען די געגנער געװען אונצופֿרידען. מאַנכע פֿון זיי האָבען זיי אַליין ביז'ן הימעל גע-לױבט. די הױפּטזעכליך איז אַלעמען געפֿעלען געװאָרען קאַהאַן'ס רעפֿאָרם אין באַצוג צו דער שפּראַך. האַלטענדיג זיך פֿעסט ביי דעם פּרינציפּ, אַז דער „פֿאָרווערטס" מוז װערען אַ צייטונג פֿאַר דער גרױסער מאַסע, האָט קאַהאַן געפֿאָדערט אַז די שפּראַך אין „פֿאָר-ווערטס" זאָל זיין אַ ריינע אמת'ע אידיש.
„אידישע אידיש" האָט ער דאָס גערופֿען.
„אין יענע יאָהרען פֿלעגען די שרייבער געברױכען דייטשע און העברעאישע װוערטער. זיי האָבען געגלױבט, אַז זיי שרייבען פֿאַר אינטעליגענטען אָדער זיי האָבען איבערהױפּט ניט געהאַט אין זינען, אַז די מאַסען פֿאַרשטעהען ניט קיין הױכע װוערטער, צו װעלכע עס פֿאָדערט זיך אַ בילדונג. קאַהאַן האָט אזעלכע װוער-טער, װאָס דער אײנפֿאַכער אַרבייטער קאָן ניט פֿאַרשטעהן, ניט אַרײנגעלאָזען אין „פֿאָרווערטס".
„ער פֿלעגט לײענען יעדע שורה, יעדען װאָרט פֿון די נייעס, אזױ גוט װי פֿון די אַרטיקלען, און פֿלעגט יעדען שװוערען אױס-דרוק, יעדע פֿאַרפֿלאָנטערטע פֿראַזע, יעדען שװוערליכען װאָרט איבערשרייבען.
„ער האָט איבערהױפּט געפֿאָדערט, אַז מען זאָל אַלץ ערקלע-רען פּליין, לייכט, — מאַכען קלאָר פֿאַר אַלעמען.
„אָט דיזע רעפֿאָרם האָבען אַלע מיט אײן קול געלױבט, און דאָס איז אױך געװען אײנע פֿון די הױפּט אורזאַכען, װאָס דער284„פֿאָרווערטס" האָט גלייך גענומען צוקריגען גרױסע מאַסען נייע לעזער".
די צאָל פֿון אינטעליגענטע מענשען, װאָס האָבען געלייענט אַ אידישע צייטונג אָדער אַ בוך אַ דער איז דאַן געװען זעהר קלײן. די אידישע פּרעסע איז כמעט דורכאױס געװען פֿאַר די מאַסען, און אונזערע מאַסען זיינען אין יענע יאָהרען געװען זעהר װעניג ענט-װיקעלט.
װאָס זאָל מען זיך נאַרען? אפֿילו היינט, מיט אַ פֿערטעל הונדערט יאָהר שפּעטער, זיינען נאָך פֿאַראַן צעהנדליגע טויזענ-דער אידישע אַרבייטער, װעמען דאָס לעזען קומט ניט אָן לייכט. עס איז לײדער אַ פֿאַקט, אַז אַ גרױסע צאָל אידען קאָנען קוים דורכלייענען אַן אַרטיקעל. זיי לייענען איבער די גרױסע קעפּ-לאַך, זיי כאַפּען אַ שורה דאָ, אַ שורה דאָ. אָבער איבערלעזען אַ גאַנצען אַרטיקעל און איהם גוט פֿאַרשטעהן, זיינען זיי ניט אים-שטאַנד.
נאַטירליך, די צאָל פֿון אינטעליגענטע אידישע לעזער װאַקסט. דורכ'ן לעזען גופֿא װערען מאַסען מענשען ביסלאַכװוייז אינטע-ליגענט.*
היינט איז שױן פֿאַראַן אַ ריזיגע צאָל אידען װאָס לעזען לייכט; אָבער נאָר דאַן, װען דער אַרטיקעל איז לייכט געשרי-בען, מיט געװעהנליכע װוערטער פֿון דעם טעגליכען אידישען לשון. און אין 1902 זיינען אױך געװען אזעלכע, אָבער ניט אין ערך װעניגער װי איצט.
מיין צװעק איז געװען, ערשטענס, אַז די װאָס קאָנען דורכ-לעזען אַן אַרטיקעל, זאָלען ניט האָבען קיין שװועריגקייטען דער-ביי, און אַז דעריבער זאָל מען שרייבען אױף לייכטע אידישע285„מאַמע לשון", די נאַטירליכע שפּראַך, אױף װעלכער די מאַסען ריידען. צװוייטענס, איז מיין צװעק געװען צו פֿאַרגרעסערען די צאָל אידישע לעזער איבערהױפּט. מיט דער אינטערעסאַנטקייט און לייכטקייט פֿון די לייכטע אַרטיקלען האָב איך געשטרעבט צו פֿאַרגרעסערען דעם חשק צום צו לייענען. און װירקליך, עס האָט זיך אַרױסגעצייגנט, אַז פֿילע מענשען, װאָס האָבען איבערהױפּט ניט געלייענט, האָבען זיך גענומען געװאואינען צו לייענען. זיי האָבען געהערט װעגען די אינטערעסאַנטע זאַכען, װאָס מען געפֿינט אין „פֿאָרווערטס", האָבען זיי אױך זיך געסטאַרעט צו לייענען, און מענשען, װאָס האָבען ניט געקאַנט לייענען, האָבען זיך געלעה-רענט לייענען, אום ניט אָפּצושטעהן פֿון „פֿאָרווערטס"-לעזער.
אָט דאָס האָב איך געמיינט מיט די „אידישע אידיש". דער װוערטעל איז געװאָרען פּאָפּולער.
אײניגע האָבען איהם געמאַכט פֿאַר אַ בייזען שפּאַס. זיי האָבען איהם געברױכט אַלס אַן אָנצוהערעניש אַז איך „פֿאַרבי-ליג דעם געדרוקטען װאָרט". לױט זייער מיינונג, מוז אַ צייטונג געשריבען װערען אױף אַ העכערער שפּראַך. און זיי האָבען גע-שריהען, אַז איך מאַך דעם צייטונגס-לשון צו װאָכעדיג. אזעל-כע קריטיקען פֿלעג איך הערען פֿון מאַנכע פֿון אונזערע אינטע-ליגענטע חבֿרים. אָבער פּונקט אזױ פֿלעגען אַמאָל טענה'ן אונזע-רע אומװויסענדע אַקטיאָרען. זיי האָבען גע'דרש'ענט, אַז אױף דער ביהנע דאַרף מען ריידען „דייטשמעריש", װייל אידיש איז „צו גראָב", אַז מיט זייער „דייטשמעריש" בילדען זיי דעם עולם (זעה צװוייטען באַנד, פֿיידזש 241).
אָבער, װי ראָגאָף זאָגט, דאָס רוב פֿון מיינע שאַרפֿסטע קרי-טיקער האָבען מיינע „אידישע אידיש" געלױבט.
„אידישע אידיש" איז אָבער נאָר אַ טייל פֿון דיזער רעפֿאָר-מע, װאָס איך האָב אַריינגעבראַכט. איך האָב געפֿאָדערט, אַז מען זאָל יעדען געדאַנק מאַכען לייכט צו פֿאַרשטיין, אַז מען זאָל איהם פּאָפּולאַריזירען.
286איך האָב אָנגעהױבען צו געבען אַ געװיסען זאָרט לייט-אַר-טיקלען, צו װעלכע לעזער זיינען געװען נאָך װעניגער געװאואינט װי צו די „לייכטע אַרטיקלען". איך מיין אזעלכע, װאָס האָבען צו טאָן ניט מיט פּאָליטישע אָדער סאָציאַלע פֿראַגען, נאָר מיט ענינים פֿון דעם טעגליכען לעבען. פֿריהער האָט מען פֿון אזאַ זאָרט לעזע-שטאָף ניט געװאואוסט. דער לייט-אַרטיקעל איז אי-מער געװען װעגען אַ פּאָליטישע, טרייד-יוניאָניסטישע, אָדער אַלגעמיין עקאָנאָמישע פֿראַגע, און אָפֿט זאָגאַר ניט אױף אַ פֿראַגע פֿון טאָג, נאָר סתם אױף אַ טעאָרעטישע טעמא. עס זיינען אפֿילו געװען טעג, װען דער טעאָרעטישער לייט-אַרטיקעל פֿלעגט זיך ענ-דיגען מיט די װוערטער: „פֿאָרטזעצונג פֿאָלגט".
ריידענדיג װעגען יענע „פֿאָרווערטס" צייטען, האָט א. ליעסין, מיט אַ פֿאָר טעג פֿריהער װי דיזע שורות זיינען געשריבען געװאָ-רען, באַמערקט: „עס איז ניט געװען קיין אױטאָריטעט און קיין מאָדל. אײן קאַלום פֿלעגט האַלטען מלחמה מיט אַן אַנדער קאַלום אין דעם זעלבען נומער. עס איז געװען אַ צייט, װען דער, װאָס האָט געשריבען די עדיטאָריעלס און אַ סך אַנדערע אַרטיקלען, פֿלעגט אַלע זיינע געדאַנקען שעפּען פֿון אַ זאַנדערבאַרען קװאַל: עטליכע אַרטיקלען פֿון אַ געװויסען שרייבער, װעלכער האָט אַמאָל געהאַט אײנפֿלוס אין רוסלאַנד, אָבער װעלכער איז אפֿילו דאָר-טען שױן לאַנג פֿאַרגעסען געװאָרען".
אָפֿט פֿלעגען אױעקגעהן עטליכע נומערען אין אַ דעבאַטע צװוי-שען אַ „בערנשטייניאַנער" און אַ „קאַוטסקיאַנער" איבער דער מאַרקסיסטישער טעאָריע.
עס איז איבעריג צו זאָגען, אַז דער ברייטער עולם, די אַר-בייטער מאַסע, האָט אזעלכע אַרטיקלען ניט אָנגעהױבען צו פֿאַר-שטעהן און אפֿילו ניט געפּרואוט זיי לייענען.
אונטער מיין רעדאַקציע זיינען נאַטירליך געגעבען געװאָרען לייט-אַרטיקלען אױף פּאָליטישע אָדער אַנדערע געזעלשאַפֿטליכע טאַגעס-פֿראַגען (זיי פֿלעגען געשריבען װערען פֿון מיללער'ן, ליע-287סינ'ען, פּעסקינ'ען און מיר); עס זיינען אָבער אױך אָפֿט גע-דרוקט געװאָרען לייט-אַרטיקלען פֿון אַ װעלטליכען כאַראַקטער.
אין פּלוג װאָלט דיזע רעפֿאָרמע געדאַרפֿט באַצייכענט װע-רען באַזונדער, אַלס „נייעס נומער 4." מען קען אָבער זאָגען, אַז זי געהאָרט צו דעם זעלבען קלאַס װי די „לייכטע אַרטיקלען", דאָס הייסט, צו אַן אַלגעמיינעם פּלאַן אין דער צייטונג אַריינצוברענגען אינטערעסען פֿון דעם טעגליכען לעבען, און ניט באַשרענקען איהר אױף פּאָליטישע און סאָציאַלע פֿראַגען און טעאָרעטישע דיסקוסיעס.
אזאַ סאָרט ענין האָב איך אױסגעקליבען פֿאַר מיין ערשטען לייט-אַרטיקעל, װעלכער איז ערשינען אין מיין ערשטען נומער, דעם 16-טען מערץ, 1902 (פֿאַרבייגעהענדיג װייל איך דערמאָנען אַ טעכנישע ענדערונג: פֿריהער פֿלעגען די לייט-אַרטיקלען געהן אױף אײנציגע קאַלומס, אזױ װי די איבעריגע לעזע-שטאָף. איך האָב אײנגעפֿיהרט אַז זיי זאָלען זיין אױף דאָפּעלטע קאַלומס, כדי זיי אױסצוצייכענען פֿון די איבעריגע אַרטיקלען).
פֿאַר מיין דעם ערשטען רעדאַקציע-פֿאַמיליען-אַפֿעאַר האָב איך גענומען דעם פֿאַקט, אַז מאַסען קינדער פֿון אונזערע אַרבייטער-פֿאַמיליעס אָפּפֿערען זיך צו מאַכען זייערע קינדער פֿאַר געבילדעטע מענשען, אַז זיי באַנוגענען זיך ניט מיט לאָזען זיי דורכגעהן די געװעהנליכע פּאַבליק סקול, נאָר זיי שי-קען זיי אין קאָלעדזש.
דער סיטי קאָלעדזש פֿון ניו-יאָרק איז שױן דאַן געװען פֿול מיט אידישע באָיס און דער נאָרמאַל קאָלעדזש מיט אידישע מייד-לאַך, און דאָס רוב זיינען דאָס געװוען קינדער פֿון אָרימע אידי-שע פֿאַמיליען.
איירישע, דייטשע אָדער אַמעריקאַנישע פֿאַמיליעס פֿון דיזען קלאַס שיקען זייערע קינדער אַרבייטען, העלפֿען דעם פֿאָטער אַ לע-בען צו מאַכען. אידישע משפּחות אָבער מאַטערען זיך און האַל-טען זייערע קינדער ביים לערנען ביז ניינצעהן אָדער צװואַנציג יאָהר.
און געשריבען איז דער אַרטיקעל געװען גאָר ניט אױף דעם געװעהנליכען לייט-אַרטיקעל שטייגער. ער האָט זיך אָנגעפֿאַנגען מיט אַ קלײנעם בילד, אַ סצענע װי נאָך דריי אוהר בייטאָג זעהט מען אױף דער צװוייטער עװעניו צעהנדליגע גרופֿען אידישע באָיס,288יעדען מיט אַ פּעקעל ביכער. זיי געהען און שמועסען פֿרעהליך. זיי געהען אין טענעמענט הײזער פֿון דעם אידישען קװאָרטאַל. דאָרטען איז זייער היים. זייערע עלטערען זיינען אָרימע אַר-בייטער.
דאַן װערט דערצעהלט װי די עלטערען שפּאָרען פֿון זיך אום די קינדער צו געבען אַ גוטע ערציהונג
און דער שלום פֿון דעם לייט-אַרטיקעל איז, אַז אזעלכע על-טערען דאַרפֿען זעהן, דאָס די קינדער זאָלען פֿון זייער בילדונג ניט מאַכען קיין שענדליכען געברױך; זיי זאָלען ניט דינען די קאָררופֿטע פּאָליטישענס און דעם קאַפּיטאַליסטישען קלאַס, נאָר די אינטערעסען פֿון דעם אַרבייטער קלאַס, צו װועלכען זייערע טאַטעס געהערען.
דער גאַנצער אַרטיקעל איז געװען אױפֿגעשריבען אין אַ לייב-טע שפּראַך, מיט אײנפֿאַכע װוערטער. זיין אױספֿיהר איז גע-װען אַ ריין סאָציאַליסטישער, און דאָך האָט ער זיך געלייענט װי אַ „לייכטער אַרטיקעל". זיין אינהאַלט און זיין פֿאָרמע האָבען אַפּעלירט צו דעם ברייטען עולם. ער איז געלייענט געװאָרען פֿון טויזענדער מענשען װאָס פֿלעגען קיין לייט-אַרטיקלען קיינמאָל ניט לייענען.
דער עדיטאָריעל האָט געמאַכט אַ רושם און האָט אַרױסגערו-פֿען דעבאַטען. עס האָבען זיך געפֿונען גענאָסען װאָס זיינען מיט איהם געװוען אומצופֿרידען. „צו לייכט פֿאַר אַ לייט-אַרטיקעל", האָבען זיי געזאָגט.
נעקסט צו דעם לייט-אַרטיקעל װעגען די אידישע אַרבייטער, װאָס שיקען זייערע קינדער אין קאָלעדזש, איז אין מיין ערשטען נומער געגאַנגען דער דערמאָנטער „לייכטער אַרטיקעל" װעגען קריסטען, װאָס זיינען זיך מגייר צוליב אידישע מיידלאַך.
דער דריטער אַרטיקעל (אױך מיינער) האָט געטראָגען דעם איבערשריפֿט „אײגענע און פֿרעמדע". ער איז באַשטאַנען פֿון289נאָטיצען פֿון פֿאַרשידענע מינים: אַ טשיקאַװוע שטיקעל נייעס, אַ װיץ, אַ פּסיכאָלאָגישער בילדעל, אַ סאָציאַליסטישע באַמערקונג װועגען צװוייי מאָרד-פּראָצעסען, אַ ליבעס-סצענקע. אײנער פֿון די נאָטיצען האָט ענטהאַלטען דאָס פֿאָלגענדע:
„אין דעם לעבען פֿון אַ פֿריידענקער קען מען פֿאַרצייכענען דריי קאַפּיטלאַך: 1) װען ער געהט פֿאַרביי אַ שוהל, קריצט ער מיט די ציין; 2) װען ער געהט פֿאַרביי אַ שוהל, גיט ער אַ שמיי-כעל; 3) װען ער געהט פֿאַרביי אַ שוהל, װילט זיך איהם געבען אַ זיפֿץ, װאָס די װועלט איז נאָך אזױ פֿינסטער; און צו דער זעלבער צייט זיינען איהם אינטערעסאַנט די מאָמענטען, װען מענשען שטעהען צוזאַמען, פֿאַרטיפֿט אין אַ געפֿיהל, װאָס האָט ניט צו טאָן מיט'ן עגאָאיסטישען לעבען*.
דער װיץ איז גענומען געװאָרען פֿון אַ שריפֿט פֿון דער אַל-טער היים. ער איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען:
אײנער פֿרעגט ביי אַ צװוייטען: „קענט איהר אָנרופֿען פֿינף טעג כסדר, װאָס אין זייערע נעמען זאָל זיך ניט געפֿינען דער װאָרט „טאָג"?
דער ענטװאָרט איז: „אײער-נעכטען, נעכטען, היינט, מאָר-גען און איבערמאָרגען".
די קעפּעל אױף דעם פֿערטען אַרטיקעל איז געװוען: „פּראָ-צענטניקעס אין די שעפּער", און דער אונטערשריפֿט איז גע-װוען: א. ל." (א. ליעסין).
זיין אינהאַלט באַשטעהט אין פֿאָלגענדען: מאַנכע באַסעם באָרגען זייערע אַרבייטער געלט פֿאַר בלוטיגע פּראָצענט. װען דער אַרבייטער נױטיגט זיך שטאַרק — װען די װייב איז קראַנק, אָדער עס איז װינטער און ער האָט ניט מיט װאָס אױסצוקױפֿען זיין אָװוערקאָוט פֿון פּאָאָן-שאַפּ, — באָרגט דער באָס איהם עט-290ליכע דאָלאַר ביז „פֿעי-דעי", און פֿאַר די עטליכע טעג רייסט ער ביי איהם אַ דאָלאַר פֿאַר אַ דאָלאַר.
איך האָב געגעבען ליעסינ'ען דיזען אַרטיקעל אױפֿצו-שרייבען, װייל איך האָב דאָס געדאַרפֿט האָבען צו מיין אַלגע-מיינעם פּלאַן, ער האָט מיר געװואָלט העלפֿען, און ער האָט איהם אױפֿגעשריבען. עס איז אַרױסגעקומען אַ אינטערעסאַנטע פֿאַר קאָלומס, אינהאַלטסרייכע און ערנסטע, און צו דער זעלבער צייט לייכטע.
דאָס איז אײגענטליך װידער געװוען אַ „לייכטער אַרטיקעל", אָבער פֿון אזאַ זאָרט, אַז די שטרענגסטע קריטיקער פֿון מיינע רע-פֿאָרמען װאָלטען ניט געהאַט װאָס אױסצוזעצען געגען דעם.
דער נעקסטער אַרטיקעל איז געװוען פֿון ש. פּעסקין אונטער דעם נאָמען „סאָציאַליסטישע פּראָגראַם פֿראַגען".
מיין צװוייטער נומער (מערץ דעם 17-טען) האָט ענטהאַל-טען אַ לייט-אַרטיקעל געגען די װואָלגאַרע אומאַנשטענדיגע לי-דער, װאָס װוערען געזונגען אין די אידישע מוזיק האָלס, און װועגען דעם װי מען לערענט דאָרטען דעם עולם טרינקען.
ביים ענדע געפֿינט זיך אַ נאָטיץ:
„דער „פֿאָרווערטס" איז ניט אַן אָרגאַן בלױז פֿאַר סאָציאַ-ליסטען. ער איז אַ סאָציאַליסטישע בלאַט פֿאַר דעם גאַנצען אי-דיש-שפּרעכענדען פֿאָלק".
דער צװוייטער אַרטיקעל איז אַ קאַלום נאָטיצען (פֿון אַ פֿאָ-ליטישען כאַראַקטער) פֿון מ. וו. (מאָריס װוינטשעװוסקי).
דער דריטער אַרטיקעל איז אַ „לייכטער אַרטיקעל" מיט אַ קאָמישע סצענע פֿון עלליס איילאַנד, װאו מען קומט אָפּנעמען די „גרינע".
נעקסט װוערט ערקלערט, אַז מיר װוילען די לעזער געבען אַ מעגליכקייט צו שרייבען קורצע אַרטיקלען. אַלס אונזער ערשטע טעמא אַנאָנסירען מיר:
„װאָס איז מזל?"
די רעדאַקציע לאַדעט דעם עולם אײן צוצושיקען אַנטװואָרטען אױף דיזער פֿראַגע.
291דאַן קומט אַ פּאָפּולערע ערקלערונג איבער אַ נאַטור-װויסענ-שאַפֿטליכען ענין, פֿון מ. יפֿה (מאַרקוס יאַפֿע).
דער זיבעטער אַרטיקעל איז װועגען דער סאָציאַליסטישער קאָאָפּערײישאָן סטאָר.
דער לייט-אַרטיקעל אין מיין דריטען נומער (דעם 18טען מערץ) װייזט דעם אונטערשיד צװוישען די װואָלגאַרע מוזיק-האָלס און אַנשטענדיגע געזאַנג-פֿאַראייגנען, און װי אזױ מען קען פֿאַר-ברענגען די צייט אי מיט פֿאַרגעניגען אי אַנשטענדיג. איך לױב די „הלוי סינגינג סאָסייעטי"*, און איך ראָט אונזערע סאָציאַ-ליסטישע אָרגאַניזאַציעס אױך אײנצופֿיהרען געזאַנג-גרופּען.
צום שלום פֿון דיזען עדיטאָריעל געפֿינען זיך צװוייי נאָטי-צען — אײנער אַ דערמאָנונג אַז עס איז דער 18-טער מערץ, דער טאָג, װען אין פּאַריז איז געפֿאַלען די קאָמונע. דער צװוייטער נאָטיץ ענטהאַלט די פֿאָלגענדע װוערטער:
„מיט אַ יאָהר אַכט צוריק, בשעת אַמעריקאַ און די גאַנ-צע װועלט האָט געהערט װועגען אונזער אידישער אַרבייטער באַ-װועגונג אין ניו-יאָרק, איז ביי די אידען אין רוסלאַנד געװוען שטיל. איצט שפּילען די אידישע בעל-מלאכות אַ מערקװוירדיגע ראָלע אין דעם פֿרייהייטס-קאַמף פֿון רוסלאַנד און ביי אונז אין אַמעריקאַ איז שטיל".
דער נאָטיץ געהט אױף דעם „בונד" (אַרטיקלען װועגען דעם „בונד" — פֿון א. ליעסין — האָט מען געקאָנט געפֿינען אין „פֿאָר-ווערטס" נאָך מיט עטליכע מאָנאַטען פֿריהער).
צװוייטער אַרטיקעל — „אײגענע און פֿרעמדע" (אײגענע בע-לעטריסטישע סצענקעס און אינטערעסאַנטע שטיקלאַך פֿון צייי-טונגען).
דריטער אַרטיקעל — װועגען אידישע יונגע לייט װאָס ברענ-292גען פֿון רוסלאַנד אַראָפּ זייערע כלות אָדער פֿרויען (צװוייי קאָ-לומס פֿול מיט אינטערעסאַנטע פֿאַקטען).
פֿערטער אַרטיקעל — „זיי חנפּ'ענען זיך צו די באָסעס" (װוע-גען אַן אַרבייטער װאָס האָט געמאַכט אַ קאָלעקשאָן אין שאַפּ צו קױפֿען אַ װואָטש פֿאַר'ן באָס צו זיין געבורטסטאָג. טיפּען פֿון אַר-בייטער װאָס זיינען טרייע יוניאָן-לייט, און װען עס איז אַ סטרייק און װאָס װוערען לאַקייען ביי די באָסעס װען דער סטרייק ענ-דיגט זיך).
פֿינפֿטער אַרטיקעל — אַן איבערבליק (אָהן אַן אונטער-שריפֿט) איבער דעם לעצטען נומער „יוד"*. עס װוערט דער-מאָנט, אַז אין איהם געפֿינט זיך אַ ליד פֿון א. ליעסין, אַ קאַטריליאָו-קע ערצעהלונג פֿון שלום עליכם (אַ מלמד זאָגט װאָס ער װאָלט גע-טאָן װען ער װאָלט געװוען ראָטשילד), און „דער לעהרער", אַן ערצעהלונג פֿון אבֿרהם רייזען.
זיבעטער אַרטיקעל — װועגען דעם טאַלאַנטפֿולען רוסישען שרייבער אַמפֿיטעאַטראָװ, — פֿאַרװואָס מען האָט איהם פֿאַרשיקט אין סיביר.
דער לייט-אַרטיקעל אין דעם נעקסטען נומער — „די אַריינ-געפֿאַלענע" (װועגען די אורזאַכען װאָס פֿיהרען צו פּראָסטיטו-ציע) איז פֿון ל. מיללער. דער זעלבער נומער ענטהאַלט אַן ער-צעהלונג („אַרױם טרוקען פֿון װאַסער") פֿון ז. ליבין, און אַן אַר-טיקעל „קען מען אױסקומען אָהן אָרימקייט אױף דער װועלט?" פֿון אב. קאַהאַן. אין דעם זעלבען נומער באַניי איך מיינע פֿעליע-טאָנען „פֿון אַ װואָרט אַ קװואָרט", און אין דעם נעקסטען שבת-נומער — מיינע „סדרות".
293אױף דער טעמא — „װאָס איז מזל?" — האָבען באַלד גענומען אָנקומען בריף מיט אַנטװואָרטען. שױן אין דעם פֿער-טען נומער, װאָס איך האָב רעדאַקטירט, געפֿינען זיך צװוייי קאָ-לומס מיט אַנטװואָרטען אזעלבע (צו עטליכע שורות יעדער), און אזױ זיינען זיי געגאַנגען יעדען טאָג.
עס איז פֿריהער ערקלעהרט געװואָרען, אַז נאָך דעם װי דער „קאָנטעסט" װעט געשלאָסען װערען, װעלען די לעזער שטימען װעלכער ענטפֿער עס איז דער בעסטער.
דער קאָנטעסט האָט אַרױסגערופֿען אַ גרױסען אינטערעס. אומעטום האָט מען גערעדט װועגען איהם, פֿאַרגליבען די ענט-װואָרטען, זיי פֿאַרצייכענט, זיך געגרייט צו דער אָפּשטימונג.
געגען אזא אױפֿגאַבע האָבען די גענאָסען, נאַטירליך, ניט פּראָטעסטירט. װאָרים עס האָט אַ פֿאַרבינדונג מיט דער פֿראַ-גע װועגען אבֿערגלױבען, און אױך װועגען פּריװואַט-אונטערנעהמונ-גען און פּראָפֿיט פֿון אײן זייט און סאָציאַליזם פֿון דער אַנדע-רער. צו דער זעלבער צייט איז דאָס אָבער געװוען אַ צייט-פֿאַר-טרייב, און דער אינטערעס איז געװוען אַן אינטערעס אין אַ װואָרט, װאָס װוערט געברױכט יעדע מינוט.
איך געדענק װי אַ גענאָסע האָט צו מיר געזאָגט:
— איהר מיינט איך פֿאַרשטעה ניט? איהר גיט כלומרשט די לעזער אַ געלעגענהייט צו שרייבען זייערע מיינונגען װועגען אַ סעריעזע פֿראַגע. אין אמת'ן אָבער האָט איהר אין זינען, אַז עס זאָל זיין אַ גערודער און עס זאָלען צוקומען לעזער.
— און אױב אזױ, ליגט איהר צו אײער באָבע'ס ירושה?
— האָט מיך פֿאַרטיידיגט אַ צװוייטער גענאָסע, װועלכער איז גע-שטאַנען דערביי — אבי דער עולם אינטערעסירט זיך מיט אזא װויכטיגע פֿראַגע.
דער קאָנטעסט האָט זיך געענדיגט אין אָנהױב אַפּריל. דעם זעקסטען אַפּריל איז אַנאָנסירט געװואָרען דער רעזולטאַט.
294די גרעסטע צאָל שטימען האָט באַקומען א. װוישנעװוסקי, פֿון 63 איסט 3טע סטריט, ניו יאָרק. זיין אַנטװואָרט איז געװוען:
„מזל איז דער שלים-מזל פֿון אַ צװוייטען".
דאָס איז געװוען דער קירצסטער פֿון אַלע אַנטװואָרטען.
אַלס דער צװוייטער בעסטער ענטפֿער איז אָנערקענט געװוען דער פֿאָלגענדער (פֿון בױלין, אַטלאַנטיק סיטי):
„מזל איז דער געגענזאַץ פֿון שכל, דער תירוץ פֿון די רייי-כע, די געדולד פֿון די אָרימע, די װואָפֿע פֿון רעליגיאָן, דעם פֿוי-לער'ס װואָפֿען-שילד, אַן אַלט-מאָדישע מכּה אױף שװואַכע מוחות".
אַלס נעקסטע טעמא האָב איך אַנאָנסירט: „װי אזױ איך האָב זיך באַפֿרייט פֿון אבֿערגלױבען".
אין אַ ספּעציעלען נאָטיץ איז געװוען ערקלעהרט, אַז יעדער זאָל דערצעהלען װי אזױ ער איז געקומען צום שכל, און װאָס עס האָט פּאַסירט דערביי.
דיזע טעמא האָט אױך אַרױסגערופֿען אַ גרױסען אינטערעס. ער איז, נאַטירליך, געװוען באַשרענקט אױף די אינטעליגענטערע לעזער, און דאָך זיינען אָנגעקומען אינטערעסאַנטע אַנטװואָרטען פֿון גאַנץ געװועהנליכע אַרבייטער אױך.
איך האָב געשריבען לייט-אַרטיקלען, אין װועלכע איך האָב געפּרעדיגט ציװויליזירטע מאַניערען ביים עסען. איך האָב ער-קלעהרט, אַז אַ פֿרױ דאַרף פֿאַרשטעהן װי זיך אָנצוטאָן, און איך האָב געשריבען ספּעציעלע אַרטיקלען צו װוייזען, אַז ניט נאָר מעג מען װועגען אזעלכע זאַכען שרייבען אין אַ סאָציאַליסטישער צייי-טונג, נאָר אַז עס איז זעהר װויכטיג װועגען דעם צו שרייבען.
אײן לייט-אַרטיקעל מיינער האָט געטראָגען דעם איבערשריפֿט „הענדקערטשיפֿס" (פֿאַטשיילקעס). ער איז געװוען געװוענדעט צו מוטערס — אַז אײדער זיי שיקען אַװועק די קינדער אין סקול, זאָ-295לען זיי באַזאָרגען מיט ריינע, פֿרישע הענדקערטשיפֿס. דער אַרטיקעל האָט ערקלערט װי װויכטיג עס איז זיי אױפֿצוהאָדעװוען אין אַ ציכטיגע הױז, מיט ציכטיגע געװואוינהייטען.
פֿילע פֿון די גענאָסען פֿלעגען פֿרעגען: װי קומען אזעלכע פֿראַגען צו לייט-אַרטיקלען?
װועגען דעם אַרטיקעל „הענדקערטשיפֿס" האָב איך באַקומען אַ בריף, מיט אַ פּראָטעסט, פֿאַרװואָס איך פֿאַרנעם אַ סאָציאַ-ליסטישע צייטונג מיט אזעלכע זאַכען. האָב איך דעם בריף אי-בערגעדרוקט און אונטער איהם געשטעלט אַ פֿראַגע: „זינט װוען איז דאָס דער סאָציאַליזם געגען ריינע נעזער?"
אײנמאָל האָב איך ערהאַלטען אַ בריף פֿון אַ אידישען שילער פֿון אַ היי-סקול (גימנאַזיע). ער האָט זיך באַקלאָגט אױף די אונציװויליזירטע פֿיהרונגען אין זיין פֿאָטער'ס הױז ביים עסען. ניטאָ קיין טעלער. אַלע עסען פֿון אײן שיסעל. (די פֿאַמיליע האָט אימיגרירט פֿון אַ רומענישען דאָרף װוייט פֿון אַ שטעדטעל.) אזױ איז ער אױפֿגעהאָדעװועט געװואָרען. אָבער איצט זעהט ער װי פּרימיטיװו דאָס איז. ער באַזוכט זיינע חבֿרים און ביי זיי פֿיהרט מען זיך אױף אַ ציװויליזירטען שטייגער. האָט ער שמער-צען פֿון זיין אונציװויליזירטער היים. זיין פֿאָטער בלוטיגט זיך איהם צו געבען בילדונג. דאָך, װוען ער בעט זיך ביי איהם, אַז יעדער זאָל עסען פֿון אַ באַזונדער טעלער, שרייט ער אױף איהם, פֿאַר װואָס ער װויל איהם, זיין פֿאָטער לערנען דרך ארץ.
דער פֿאָטער איז געװוען אַ באַגייסטערטער אָנהענגער פֿון „פֿאָרווערטס". און דער באַי איז געװוען זיכער אַז אונזערע אַ װואָרט װואָלט אױף איהם געװוירקט. אלזאָ, האָט ער מיך גע-בעטען שרייבען אין „פֿאָרווערטס" עטליכע שורות צו זיין פֿאָטער און איהם ראָטען אײנצופֿיהרען טעלער.
פֿריהער, אײדער מיינע „נייעסען" זיינען אײנגעפֿיהרט גע-װואָרען אין „פֿאָרווערטס", װואָלט דעם באַי גאָרניט אײנגעפֿאַלען צו אונז װועגען אזעלכע זאַכען צו שרייבען. װוי קומט דאָס צו אַ סאָציאַליסטישער צייטונג? איצט אָבער האָט ער געפֿיהלט296אַז דוקא צום רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" דאַרף מען זיך װוענדען מיט אזעלכע ענינים.
איך האָב אױפֿגעשריבען אַ לייט-אַרטיקעל װועגען דעם. איך האָב דעם פֿאָטער געגעבען אַ קאָמפּלימענט פֿאַר די בילדונג, װואָס ער גיט זיין זוהן; און דאַן אָנגעװויזען אױף די פֿאָרטשריט פֿון יעדען יונגען דור, און מיט זעהר פֿריינדליכע װוערטער אַפּע-לירט צו איהם צו לאָזען קױפֿען טעלער.
אַ פֿאָר װואָכען שפּעטער האָב איך פֿון דעם באַי ערהאַלטען אַ בריף מיט די װואַרימסטע אױסדרוקען פֿון דאַנקבאַרקייט, װואָרים מען האָט שױן אײנגעפֿיהרט טעלער אין שטוב. דאַן האָב איך אױפֿגעשריבען אַ לייט-אַרטיקעל מיט דעם איבערשריפֿט: „שױן דאָ טעלער אין שטוב!" די געשיכטע האָט געמאַכט אַ פֿוראָר. אומעטום האָט מען גערעדט װועגען איהר. און אינדירעקט האָט זי געהאַט אַ ציװויליזירענדע װוירקונג אױף פֿילע אַנדערע װועניג ענטװויקעלטע פֿאַמיליען.
צו געבען אַרטיקלען װואָס זאָלען זיין אינטערעסאַנט צו לעזען פֿאַר אונזערע מאַסען, צו זעהן אַז די שפּראַך זאָל זיין אַן אײנפֿאַ-כע, לייכטע „אידישע אידיש", און אַז אַלץ זאָל זיין פּאָפּולער גע-שריבען — דאָס אַלץ איז געװוען מיין כּלל נאָך אַלס רעדאַקטאָר פֿון דער „אַרבייטער צייטונג" (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 47 און פֿיידזש 198).
אפֿילו „לייכטע אַרטיקלען" האָב איך אין איהר אױך גע-האַט, הױפּטזעכליך אין 1895, װען איך האָב אײנגעפֿיהרט די סע-ריע „פֿון אַ העסטער סטריטער רעפּאָרטער" (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 409-410). איך האָב דאָרטען באַשריבען די דענסינג-סקולס, צום ביישפּיל. דאָך האָבען דיזע אַרטיקלען קיין אונצו-פֿרידענהייט צװוישען אונזערע גענאָסען ניט אַרױסגערופֿען. אָבער דאַן איז דאָס געװוע דער אײנציגער סאָרט אַרטיקלען אזעלכע, װועהרענד איצט, אין 1902, זיינען די „לייכטע אַרטיקלען" געװוען אַ טייל פֿון אַ גאַנצער סיסטעם. יעדענפֿאַלס האָב איך אין 1895297קיין טאָלעראַנץ צו רעליגיעזע מענשען סיסטעמאַטיש ניט גע-פּרעדיגט. און דיזער סאָרט אַרטיקלען האָבען איצט אױפֿגעװועקט מעהר אונצופֿרידענהייט װי אַלע לייכטע אַרטיקלעי צוזאַמענגענו-מען.
איך בין געװוען מיט זיבען יאָהר עלטער, און אין די זיבען יאָהר האָב איך אַ סך געלערענט.
[ז׳ 277] אַנשטאָט „מיידעל" פֿלעגען מיר דאַן שרייבען „מעדכען". דער אײנפֿלוס פֿון דער דייטשער שפּראַך אױף אונזער אידיש (זעה דריטען באַנד, פֿײדזש 199) איז נאָך דאַן געװען פֿיל גרעסער װי היינט. אין דעם זעלבען נומער „פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך אַן אַדװוערטייזמענט: „ז ליבין'ס ביכער זינד שױן ערשינען". דאָס זיינען אָבער געװען דייטשע װוערטער װעלכע זיינען אונזער עולם גוט באַקאַנט. זיי זיינען אין אַמעריקא געװאָרען אַ טייל פֿון דער אידישער פֿאָלקס-שפּראַך, אזױ װי הונדערטער ענגלישע װוערטער. דייטשע װוערטער אָדער פֿראַזען, װעלכע אונזער עולם פֿאַרשטעהט ניט, פֿלעג איך ניט ערלױבען.
[ז׳ 284] די זעלבע געדאַנקען האָב איך אַרױסגעזאָגט ביי דער גרינדונג פֿון דער „אַרבייטער צייטונג", אין 1889, און דערנאָך האָב זיי איך דורכ-געפֿיהרט אין יענער צייטונג. זעה דריטען באַנד, פֿיידזשעס 20 און 21, 47 און 48.
[ז׳ 289] מיט דיזען נאָטיץ, װעלכען איך האָב אַליין אױפֿגעשריבען, האָב איך געהאַט אין זינען צו מאַכען אַן אָנפֿאַנג פֿון מיין קאַמף פֿאַר טאָלעראַנץ צו עהרליכע רעליגיעזע מענשען און איברהױפּט צו מענשען, װאָס דענקען אַנדערש װי מיר. דאָס איז דאַן ניט געװוען קיין גרינגע זאַך אײנצופֿיהרען ביי סאָציאַליסטען. די באַװעגונג איז נאָך געװוען יונג און װי אַלע נייע באַװעגונגען — צו פֿאַנאַטיש.
[ז׳ 291] דער גרינדער און דיריגענט פֿון דיזער געזעלשאַפֿט, װועלכע איז פֿילע יאָהרען צװוישען די אימיגראַנטען געװוען באַריהמט, איז געװוען משה קרעמער, מיין אַמאָליגער חדר-חבֿר, דער „קלייגער משה'קע" (זעה ערשטען באַנד, פֿיידזש 131-132).
[ז׳ 292] דער „יוד" איז דאַן אַרױסגעגאַנגען אין קראַקאו, גאַליציע. ער איז געװוען פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ רוסלאַנד (װאו מען האָט איהם ניט געקעגנט דרוקען, װייל די רעגירונג האָט ניט געגעבען קיין ערלױבעניס דערצו; און אָהן אַ ספּעציעלע ערלױבעניס האָט מען דאַן קיין צייט-שריפֿט אין רוסלאַנד ניט געטאָרט אַרױסגעבען). די אידישע ליטעראַטור האָט דאַן אָנגעהױבען צו בליהען, און דער „יוד" איז געװוען איהר צענטער.