298אױף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער „פֿאָרווערטס אַסאָסיאײישאָן" פֿלעגען פֿאָרקומען הײסע דעבאַטטען וועגען מיין פּאָליסי. זעלטען ווער עס האָט מיט'ן גאַנצען האַרצען פֿאַרטײדיגט מיין נײעם שטײגער. איך האָב געהאַט גענוג פֿריינד צווישען די מיטגלידער, אָבער אפֿילו מיינע וואַרימסטע אָנהענגער האָבען מיינע רעפֿאָרמען פֿאַרטײדיגט מיט אַ האַלבען מױל.
מיינע נײעסען זיינען געווען אַ גרױסער סוקסעס ביים עולם. ביי די גענאָסען אָבער — ניט.
עס פֿלעגט מיר כמעט אױסקומען צו דעבאַטירען איינער געגען אַלעמען.
איך פֿלעג ריידען פֿון דער טיפֿסטער איבערצײגונג. עס האָט אָבער ווייניג געהאָלפֿען. אָפֿט פֿלעג איך פֿיהלען, אַז מיינע אַרגומענטען האָבען יאָ אַ ווירקונג, אַז ביי זיך אין האַרצען זיינען זיי גענײגט מיט מיר איינפֿאַרשטאַנען צו זיין. מיין שטאַנדפּונקט איז אָבער ניט געווען קיין פּאָפּולערער. ווי די מעשה איז, דאָס רוב פֿון די רעדנער פֿלעגען ריידען געגען מיר. פֿריינדליך, אָבער דאָך געגען מיר.
פֿון דעסטוועגען, ווען עס פֿלעגט קומען צו דער אָפּשטימונג וועגען אַ „וואָוט אָוו קאָנפֿידענס" (צוטרוי ערקלעהרונג), פֿלעגען299אַלע שטימען, אױסער צוויי, זיין פֿאַר מיר, און די צוויי זיינען געווען פֿון גענאָסען, וועלכע האָבען קיין אײנפֿלוס ניט געהאַט. — דער גוי איז איז טריף, אָבער זיין גראָשען איז כשר — פֿלעג איך זאָגען, — מיין פּאָליסי געפֿעלט אייך ניט. די סירקולײישאָן אָבער וואָס זי ברענגט, איז וועלקאָמען. איך פֿלעג דאָס זאָגען אין אַ טאָן פֿון שפּאַס. אין האַרצען האָב איך אָבער געוואוסט אַז עס איז ווירקליך אַזױ.
איך האָב געזעהן די ווירקונג, וואָס ערפֿאָלג האָט אױף דער מענשליכער נאַטור. די גענאָסען זיינען געווען שטאָלץ מיט דעם וואַוקס פֿון זייער „פֿאָרווערטס".
די פֿאַרגרעסערונג האָט געמאַכט אַ רושם. מען האָט וועגען דעם אומעטום גערעדט. עס האָט זיך גענומען פֿיהלען מאַכט. אַלס אָרגאַן פֿון די אידישע אַרבייטער האָט די צייטונג גענומען ווערען אַ שטאַרקע וואָפֿע. אַ פֿאָר ווערטער אין „פֿאָרווערטס" האָבען איצט געהאַט גאָר אַן אַנדער באַדייטונג. און דאָס איז געווען דער בעסטער אַרגומענט פֿאַר מיר. אַ חוץ דעם: מאַכט, אַן און פֿאַר זיך, האָט אַ צויבער.
די קריטיקען געגען מיין גאַנג זיינען פֿאַרטגעזעצט געוואָרען, און דאָס רוב זיינען זיי געקומען פֿון האַרצען. און דאָך, ווען מען וואָלט די גענאָסען פֿאַרגעשלאָגען אַז די צייטונג זאָל זיך אומקעהרען צום אַלטען, וואָלטען זיי ניט געלאָזט. עטליכע מאָנאַטען שפּעטער האָב איך געהאַט אַ לעבעדיגען באַווייז אױף דעם.
אין אַלגעמיין גענומען איז דער אײראָפּעאישער באַגריף וועגען דער פּרעסע פֿאַרשידען פֿון דעם אַמעריקאַנישען. דער עיקר פֿון אַן אײראָפּעאישער צייטונג איז פּאָליטישע נײעם און פּאָליטישע לײטאַרטיקלען. די פּרעסע עקזיסטירט דאָרטען הױפּטזעכליך פֿאַר קהל'שע עניָנים. דאָס וואָס פֿאַסירט מיט דעם איינצעל300נעם מענשען — זיינע טראַגעדיעס, טשיקאַװע געשעהענישען, ראָמאַנטישע צוזאַמענשטױסען — דאָס ווערט אין אַן אָנגעזעהענע אײראָפּעאישע צייטונג באַהאַנדעלט זעהר קורץ, אַזױ ווי ניט וויכטיג. אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע ווידער, איז דער גרונדכלל, אַז אַלץ וואָס אינטערעסירט לעזער, צי עס איז שייך צו קהל, צי צו דעם לעבען פֿון דעם איינצעלנעם, געהערט צו דער פּרעסע.
די גרױסע אַמעריקאַנער צייטונגען האָבען אַזױ פֿיל פּאָליטישע לעזע-שטאָף ווי די בעסטע אײראָפּעאישע צייטונגען, נאָך מעהר. זיי האָבען אָבער אױך אַ סך נײעם מיט מאַסען אײנצעלהייטען פֿון דעם וועלטליכען סאָרט.
די נײעם פּײדזש איז אין „פֿאָרווערטס" אימער געווען אַן אַמעריקאַנישע, אפֿילו אין די פֿיר-און-אַ-האַלב יאָהר פֿון מיין אַבוועזענהייט אױך.
אונזערע אידען האָבען אָבער ליב צו לעזען אַ סך אַרטיקלען — ניט נאָר שבת אָדער זונטאָג, נאָר אין מיטען וואָך אױך. און די אַרטיקעל אָפּטיילונג פֿון „פֿאָרווערטס" איז געווען איבערטריבען אײראָפּעאיש, דורכאױס פֿאַרנומען מיט געזעלשאַפֿטליכע פֿראַגען. אַלזאָ, האָב איך איהר איצט אַמעריקאַניזירט.
דאָס איז אַבסאָלוט נױטיג געווען — ערשטענס, ווייל אונזערע לעזער געפֿינען זיך אין אַמעריקא, און דער הינגער לעבען לאָזט זיך פֿיהלען ביי זיי אױף טױזענדער אַרטען; צווייטענס, ווייל די אַמעריקאַנער פּרעסע איז פֿיל רייכער, מעהר ענטוויקעלט און ניט אַזױ טרוקען ווי די אײראָפּעאישע, און איהר ספּעציעלער אײנפֿלוס אױף די אידישע מאַסען איז אין דיזער הינזיכט אַ גרױסער און אַ וויכטיגער; און דריטענס, ווייל אונזערע מאַסען האָבען מייסטענס ניט געהאַט קיין בילדונג, און דאָס גופֿא איז אַ וויכטיגע אורזאַכע פֿאַר וואָס אַ טייל פֿון אונזערע אַרטיקלען זאָלען זיין פֿון דעם אַמעריקאַנישען טיפּ.
אין די דעבאַטטען וועגען מיין סיסטעם פֿלעג איך עפֿטער פֿון אַלץ הערען די באַשולדיגונג אַז איך „לאָז זיך אַראָפּ צו די מאַסען, אַנשטאָט זיי אױפֿצוהױבען".
301אױף דעם פֿלעג איך ענטפֿערען: „אױב איהר ווילט אױפֿהױבען אַ קינד פֿון דער ערד, מוזט איהר זיך צוערשט צובױגען צו איהם. אױב ניט, ווי אַזױ וועט איהר צו איהם צוקומען?"
צווישען אידישע צייטונגס-שרייבער האָט זיך געפֿיהלט דער אײנפֿלוס פֿון אונזער גמרא וועלט, ביי וועלכער אגדתא'ס האָבען קיין ווערדע ניט. דער עיקר איז אַ „שווערע שטיקעל גמרא". אָבער די אידישע מאַסען זיינען ניט קיין גמרא מאַסען, און לעבענסאגדתא'ס זיינען ניט ווייניגער וויכטיג פֿאַר זיי ווי טעאָרעטישע גמרא.
איין מאָל, אױף אַ „פֿאָרווערטס" מאַס-מיטינג אין קופּער יוניאָן, האָב איך אין מיין רעדע געבראַכט דעם פֿאָלגענדען משל, וועלכען איך האָב ספּעציעל צוגעקלערט אַלס אַן אַרגומענט פֿאַר מיין פּאָליסי:
אַמאָל איז געווען אַ שטאָדט, וואו עס זיינען ניט געווען קיין געזאַנגפֿױגעלאַך — האָב איך דערצעהלט. — די איינוואױנער האָבען אָבער געבענקט נאָך פֿױגעלעך וואָס זינגען. האָט אַ איד אױסגערופֿען אַז ער האָט אַ סגולה. ער ווייס פֿון אַזאַ שם המפֿורש, מיט וועלכען מען קען מאַכען אַז די פֿױגלעך, וואָס קענען ניט זינגען, זאָלען ווערען מנגנים.
ער האָט זיין סגולה געפּרובט געברױכען. זי האָט אָבער ניט געווירקט, וואָרים יעדעס מאָל וואָס ער האָט דערזעהן אַ פֿױגעל און גענומען זאָגען דעם שם המפֿורש, איז זי אַוועקגעפֿלױגען.
דאַן האָט אַן אַנדער איד געגעבען אַן עצה:
— שיט אָן קערנער! זאָלען די פֿױגעלאַך האָבען וואָס צו פּיקען, וועלען זיי שױן אַזױ גיך ניט אַוועקפֿליהען. און בשעת זיי וועלען זיין פֿאַרנומען מיט'ן פּיקען, דאַן רופֿט אױס אייער שם המפֿורש!
אַלע האָבען גלייך פֿאַרשטאַנען וואָס איך מיין: צו אונזערע סאָציאַליסטישע אַרטיקלען איז שווער צוציהען דעם לעזער. גיב302איך זיי לייכטע אינטערעסאַנטע לעזע-שטאָף צו „פּיקען". דאָס ציהט זיי צו צום „פֿאָרווערטס". און זיי לעזען שױן די ערנסטע סאָציאַליסטישע אַרטיקלען אױך.
דער אױסערליכער עולם האָט דעם משל שטאַרק אַפּלאָדירט, און פֿון די גענאָסען האָט ער אַ פֿאָר באַקעהרט צו מיין שטאַנדפּונקט. צוויי האָבען מיר אָפֿען ערקלערט, אַז מיין משל האָט זיי איבערצײגט אַז איך האָב רעכט. די אַנדערע זיינען געבליבען ביי דאָס זייעריגע.
ווי ווייט דער פֿאַנאַטיזם פֿון מאַנכע סאָציאַליסטען איז געגאַנגען, קען מען זעהן פֿון דעם פֿאָלגענדען פֿאַקט:
זונטאָג, דעם 6טען אפּריל, 1902, האָב איך אין „פֿאָרווערטס" געהאַט אַן אַרטיקעל מיט'ן איבערשריפֿט:
ביכער פֿאַר בלינדע.
וואָס אַ שרייבער פֿון „פֿאָרווערטס" האָט געזעהן אין אַ ביבליאָטעק פֿאַר מענשען אָהן אױגען.
דער אַרטיקעל איז געגאַנגען אין צוויי פֿאָרטזעצונגען — זונטאָג און מאָנטאָג. ווי אױבען אין דיזען באַנד איז דערמאָנט געוואָרען, האָב איך דעם אָריגינאַל געשריבען פֿאַר'ן „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" (זעה פּיידזש 8). מיין ענגלישע קליפּינג האָט פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" איבערזעצט א. פֿרומקין.
דאָרטען איז געווען דערצעהלט ווי בלינדע לייענען די בולט'ענע בוכשטאַבען, טאַפּענדיג זיי מיט די פֿינגער; ווי זיי קומען נאָך די ביכער, א. ז. וו. אױך איז דאָרטען געווען איבערגעגעבען אַ געשפּרעך, וואָס איך האָב געהאַט מיט אַ בלינדגעבאָרענער פֿרױ, מיינע פֿראַגען וועגען דעם, ווי זי שטעלט זיך פֿאָר די וועלט, מענשען, געבּיידעמס, גאַסען, קאָלירען, פֿאַרמען; וועגען די געפֿיהלען, וועלכע זי האָט דערביי, און די אַנטוואָרטען וואָס זי האָט מיר געגעבען.
דיזער אַרטיקעל איז פֿון דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער" געווען איבערגעדרוקט אין צעהנדליגער אַנדערע אַמעריקאַנער צייטונגען, און אַ פֿאָר פֿון זיי האָבען געדרוקט לײטאַרטיקלען איבער303דעם ענין. אַ גרױסע מאַיאָריטעט פֿון די „פֿאָרווערטס" גענאָסען האָבען איהם אױך געלױבט. עס האָבען זיך אָבער געפֿונען אַזעלכע, וואָס האָבען געקוועטשט מיט די פּלייצעס. „ווי קומען אַזעלכע עניָנים אין אַ סאָציאַליסטישער צייטונג?" — האָבען זיי געפֿרעגט.
אַם דייטליכסטען געדענק איך אַ בריף, וואָס איך האָב וועגען דיזען אַרטיקעל ערהאַלטען פֿון לאַרענס, מאַססאַטשוזעטס. דער שרייבער, אַ וואַרימער סאָציאַליסט, האָט פּראָטעסטירט אין אַ טאָן פֿון ענטריסטונג. ווי ערלױב איך זיך דאָס אין אַ סאָציאַליסטישער צייטונג צו דרוקען אַזעלכע זאַכען? וואָס פֿאַר אַ שייכות האָבען זיי צו דעם קלאַסען-קאַמף? „זאָגט די אַרבייטער ווי זיי זאָלען ווערען זעהענדיג", — האָט ער מיך גע'מוסר'ט — „וועגען בלינדע דאַרף מען אונז ניט דערצעהלען. דאָס פֿאָלק איז בלינד גענוג".
איך האָב דעם לאַרענסער בריף אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס", צו ווייזען ווי פֿאַנאַטיש און ווי שמאָלזיניג עס זיינען אײניגע פֿון אונזערע סאָציאַליסטען.
די גערעכטינגקייט פֿאָדערט איך זאָל באַמערקען, אַז אַלע „פֿאָרווערטס" גענאָסען האָבען זיך פֿון דעם לאַרענסער בריף אױסגעלאַכט.
די גענאָסען האָבען זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען זעהר פֿריינדליך, און דאָס האָט מיר צוגעגעבען מוט, הגם דירעקטע מאָראַלע שטיצע האָב איך פֿון זיי באַקומען ווייניג. מיין אַגיטאַציע פֿאַר טאָלעראַנץ האָט זיי געקלונגען ווי אַן אפֿיקורסות געגען אונזער באַוועגונג. די אַלטע מעטאָדען זיינען געווען צו ענג פֿאַרבונדען מיט זייער באַגריף פֿון דעם „רעוואָלוציאָנערען סאָציאַליזם".
דער כלל (הגם ניט קיין געשריבענער) איז געווען: דער וואָס איז ניט מיט אונז, יענער איז געגען אונז. איהם מוזען מיר באַהאַנדלען אַלס אַ שונא, אַלס אַ שלעכטען מענש. אױב ניט, איז דאָס ניט „רעוואָלוציאָנער".
304איין מאָל, אױף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון סאָציאַליסטען, האָב איך אין אַ רעדע באַמערקט:
„צי דען מיינט איהר, גענאָסען, אַז אַלע וואָס צאָהלען בייטרעגע אין אונזער פּאַרטיי זיינען הייליגע? צי דען גלױבט איהר ווירקליך, אַז אַ קאַרטע פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי איז אַ סערטיפֿיקייט פֿון אַ מאָראַלישע ערהאַבענקייט? און צי דען גלױבט איהר ווירקליך, אַז אַלע וואָס זיינען ניט קיין סאָציאַליסטען, זיינען לומפֿען? אױב אַזױ, טאָ צו וואָס דאַרפֿען מיר זיי? צו וואָס באַמיהען מיר זיך צו באַקעהרען מענשען צום סאָציאַליזם?"
אױף דעם האָט איינער פֿון אונזערע וויכטיגסטע רעדנער מיר געענטפֿערט, אַז דער סאָציאַליזם לייטערט דעם מענשען און מאַכט איהם ריינער און בעסער.
„אױב אַזױ" — האָב איך זיך אָפּגערופֿען — „הייסט עס, אַז דער סאָציאַליזם אַלס אַ אידעע איז מעכטיגער ווי די קראַפֿט פֿון עקאָנאָמישע אומשטענדען, ווי די קראַפֿט פֿון געבאָרענעם כאַראַקטער און ווי די ווירקונג פֿון ערציהונג. און דאָס איז דאָך דער היפּך פֿון מאַרקסיזם".
אַרום דער זעלבער צייט איז פֿאָרגעקומען אַ געוויסער באַנקעט, אױף וועלכען עס זיינען געווען אַנוועזענד פֿילע ליבעראַלגעשטימטע איינוואואינער פֿון דער איסט-סײד, אידען און קריסטען, סאָציאַליסטען און יוניווערסיטי סעטעלמענט מענשען. דער טאָוסט-מאַסטער איז געווען עדואַרד קינג (זעה צווייטען באַנד, פּיידזש 159-163). איך בין געווען איינער פֿון די רעדנער, און ווען קינג האָט מיך פֿאָרגעשטעלט, האָט ער געהאַלטען אַ קורצע רעדע אין וועלכער ער האָט, צווישען אַנדערע זאַכען, געזאָגט דאָס פֿאָלגענדע:
„קאַהאַן ליבעראַליזירט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג. ווי איך הער, האָט ער פֿון „פֿאָרווערטס" אַראָפּגענומען די קייטען פֿון פּאַרטיי-פֿאַנאַטיזם. ער גיט אין איהם אַריין אַלגעמיין-מענשליכען אינטערעס און אַלגעמיין-מענשליכע סימפּאַטיע",305זיינע ווערטער זיינען פֿאַר מיר געווען דער בעסטער קאָמפּלימענט.
איינער פֿון די קוואַלען, פֿון וועלכע איך פֿלעג שעפֿען מוט און ענטוזיאַזם צו מיין אַרבייט, זיינען געווען אַ געוויסער סאָרט בריף אָדער מינדליכע באַמערקונגען, וועלכע איך האָב דאַן באַקומען אַלץ אָפֿטער און אָפֿטער. איך מיין בריף פֿון באַקאַנטע און אונבעקאַנטע, וועלכע האָבען אױסגעדריקט דעם געדאַנק אַז אונטער מיין רעדאַקציע האָט דער „פֿאָרווערטס" באַקומען אַ נשמה", אַז פֿריהער איז ער געווען טרוקען, דאָגמאַטיש, און אַז איד האָב אין איהם אַריינגעגעבען „זאַפֿט, געפֿיל און לעבען".
איין מאָל קומט אין מיין קלייניגקען רעדאַקציאָנס-צימערעל אַרױף דער פּאָעט אימבער, דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דער ציוניסטישער „התקוה", און זאָגט צו מיר:
— קאַהאַן, איך קום איצט פֿון פֿילאַדעלפֿיא. און, דו ווייסט, איך האָב דאָרטען געזעהן ווי אַלטע אידען מיט בערד און פאות לייענען דעם „פֿאָרווערטס".
דערביי איז אַנוועזענד געווען איינער פֿון מיינע גענאָסען, און ער האָט דאָס איבערדערצעהלט פֿאַר אַנדערע גענאָסען. שפּעטער האָט איינער פֿון זיי מיר דאָס פֿאָרגעוואָרפֿען:
— וואָס מיר האָבען דערלעבט! — האָט ער געזאָגט — פֿאַנאַטישע אַלטע אידען לעזען שױן אױך דעם „פֿאָרווערטס"!
— איך בין שטאָלץ מיט דעם — האָב איך געענטפֿערט.
אימבער פֿלעגט אַרױפֿקומען צו מיר גאַנץ אָפֿט, אַמאָל צו בעטען אױף אַ שנאַפּס און אַמאָל גלאַט זיך דורכצושמועסען.
ער האָט מיר אימער געזאָגט „דו", און אַזױ פֿלעגט ער ריידען מיט אַלעמען. איין מאָל, אין דער סענטראַל קאַפֿע, אױפֿ'ן קאָרנער צווייטער עווועניו און 5טער סטריט, זאָגט ער צו מיין פֿרױ:
„גיב מיר אױף אַ גלעזעל בראָנפֿען, מיסעס קאַהאַן",306„פֿאַר וואָס זאָגט איהר מיר עפּעס „דו"? — האָט זי זיך אָפּגערופֿען.
„הער נאַר! — האָט ער געענטפֿערט — אַז מען רעדט צו גאָט, זאָגט מען איהם „דו", היינט פֿאַר וואָס זאָל איך זאָגען „איהר" צו אַ מענשען?"
מיר האָבען זיך צולאַכט, און זי האָט איהם געהייסען געבען בראָנפֿען.
אַרום דער זעלבער צייט האָט מיר מיינער אַ באַקאַנטער פֿון פֿילאַדעלפֿיא, אַן אַמעריקאַנער איד, דערצעהלט דאָס פֿאָלגענדע:
— מיט אַ פֿאָר טעג צוריק געה איך אַזױ איבער'ן גאַס און קוק אין אַ בוך, וועלכער האָט מיך שטאַרק אינטערעסירט. פּלוצלינג קומט מיר אימבער אַנטקעגען. איך האָב גענומען לױבען דעם בוך פֿאַר איהם און איהם געראַטען איהם צו לעזען. „איך לעז ניט קיין ביכער" — האָט אימבער געענטפֿערט מיט שטאָלץ — „איך שרייב זיי!"
די צאָל לעזער האָט גענומען וואַקסען אױפֿ'ן שטעל. ווען איך בין אָנגעקומען, איז די סירקולײישאָן פֿון „פֿאָרווערטס" געווען זעהר קליין. דער דאַמאָלסדיגער מענעדזשער, פֿעלדמאַן, האָט מיר געוויזען די ביכער. אין מיטען וואָך האָט מען אױך געדרוקט אַרום זעקס טױזענד קאָפּיעס. שבת, ווען דער „טאָגעבלאַט" איז ניט אַרױסגעגאַנגען — ביי טױזענד מעהר. דער דורכשניט אין די ביכער איז געווען 6500.
אין די ערשטע צוויי מאָנאַטען פֿון מיין פֿיהרערשאַפֿט איז שױן צוגעקומען אַכט טױזענד, און ביים סוף פֿון פֿערטען מאָנאַט האָט די סירקולײישאָן דערגרייכט נײנצעהן טױזענד.
אַזאַ וואַוקס איז אין יענע יאָהרען געווען אַן אונגעהערטע307זאַך. דער מענעדזשער און ליעף מיט פֿעלער'ן האָבען ניט אױפֿגעהערט צו ריידען וועגען דעם. פֿעלער האָט אַמאָל, אין דער אַנוועזענהייט פֿון עטליכע גענאָסען, זיך אַ וואָרף געטאָן אױף מיר און מיך גענומען קושען.
עס זיינען געווען גענאָסען, וועמען דער וואַוקס האָט ניט געשמעקט. מען האָט מיר באַשריבען אַ סצענע, ווי פֿעלער דריקט אױס זיין פֿרייד מיט דער גרױסער שטייגונג און ווי אַ געוויסער גענאָסע שרייט אָן אױף איהם פֿאַרוואָס ער ווייזט אַרױס זיין באַגייסטערונג.
דער לעזער וועט פֿרעגען: ווען מיר האָבען אָקאָרשט געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס", האָט דער ווידערשטאַנד געגען מיין פּאָליסי ביי מיר אַוועקגענומען דעם אינטערעס אין דער צייטונג, און איך בין אַוועק פֿון איהר: פֿאַרוואָס האָב איך איצט אַזױ ניט געפֿיהלט?
דער אַנטוואָרט איז: דער „פֿאָרווערטס" האָט איצט, אונטער מיין רעדאַקציע, גלייך גענומען וואַקסען. עס איז געווען דייטליך, אַז מיט מיין פּאָליסי וועט ער אױפֿגעבױט ווערען. דאָס, און מיין קאַמף געגען אונזער סאָציאַליסטישען פֿאַנאַטיזם זיינען פֿאַר מיר געווען אַן אונבאַשרייבליכער קוואַל פֿון אינטערעס.
איך האָב בוכשטעבליך געגליהט מיט באַגייסטערונג פֿאַר דער אַרבייט וואָס איך האָב איצט געטאָן.
איך האָב שױן געזאָגט, אַז אַנשטאָט צו זיין אין אָפֿיס נאָר ביז מיטאָגצייט, ווי מיר האָבען אָפּגערעדט, בין איך קיין מאָל ניט געגאַנגען אַהיים פֿריהער ווי ניין אָדער צעהן אָוונד. איך פֿלעג איבערלעזען בוכשטעבליך יעדע שורה וואָס מען האָט געשריבען, און מאַכען ענדערונגען, וואו עס האָט זיך געפֿאָדערט; און פֿילעם, אפֿילו אין די נייעם, האָב איך אַליין געשריבען אָדער דיקטירט.
און מיינע ליטעראַרישע פּלענער? איך פֿלעג זאָגען, אַז צו זיי וועל איך זיך נעהמען מיט עטליכע מאָנאַטען שפּעטער. איך וועל נאָר דעם „פֿאָרווערטס" אַוועקשטעלען אױף אַ פֿעסטען פֿונדאַמענט. דאַן וועל איך שױן געהן אַהיים איינס אָהר, און אַ סך צייט אָפּגעבען צו ענגלישער ליטעראַטור.
308די עטליכע מאָנאַטען האָבען זיך אָבער פֿאַרלענגערט און פֿאַרלענגערט.
די מיטינגען פֿון „פֿאָרווערטס אַסאָסיאײישאָן", וואו מען פֿלעגט האַלטען די אַלטען רעדעס געגען מיין פּאָליסי, פֿלעגען מיך איצטער ניט ערגערען. פֿאַרקעהרט, זיי פֿלעגען מיך שטאַרק אינטערעסירען. ערשטענס, ווי שױן באַמערקט, האָבען די גענאָסען זיך פֿאַרהאַלטען זעהר סימפּאַטיש צו מיר, און טראָץ זייערע געגנערישע רעדעס, פֿלעגען זיי שטימען פֿאַר אַ צוטרױ-אױסדרוק צו מיר. צווייטענס, האָב איך געפֿיהלט אַז ביסלאַכווייז באַזיג איך זייער פֿאַנאַטיזם.
די דעבאַטטען פֿלעגען מיר פֿאַרשאַפֿען פֿאַרגעניגען. צו באַווייזען די גענאָסען, ווי ריכטיג מיין שטאַנדפּונקט איז, איז פֿאַר מיר געווען אַ גייסטיגער תענוג.
איך פֿלעג אױף די דאָזיגע מיטינגען וואַרטען מיט אונגעדולד.
ווינטשעווסקי איז אין האַרצען געווען פֿריינדליך, און אױסערליך אײגענטליך אױך. פֿריהער, ווען איך בין אין „פֿאָרווערטס" ניט געווען, פֿלעגט ער צושיקען צוויי אַרטיקלען אַ וואָך. ווען איך בין ווידער געוואָרען רעדאַקטאָר האָט ער צוערשט זיך ענטזאָגט אַנטייל צו נעמען אין דער צייטונג. אָבער אַ פֿאָר טעג שפּעטער האָט ער אַריינגעשיקט אַן אַרטיקעל.
זאַמעטקין, ווידער, וועלכער איז פֿריהער געווען איינער פֿון דעם אינערליכען סטעף און אַ געוויסע צייט רעדאַקטאָר, האָט רעזיגנירט גלייך ווי מען האָט מיך ערוועהלט, און ער האָט אַ לאַנגע צייט מיט דער צייטונג קיין שייכות ניט געהאַט.
לואי מילער און א. ליעסין האָבען מיך געשטיצט.
איך האָב שױן געזאָגט, אַז מיינע „סדרות" פֿון דער אַמאָליגער „אַרבייטער צייטונג" האָב איך איצט ווידער איינגעפֿיהרט אין „פֿאָרווערטס". איך האָב דאָס אָבער געטאָן אױף אַ נייעם שטייגער.
309אױף איינעם פֿון מיינע ווייזיטען אין דער ספֿרים-סטאָר פֿון מיין לאַנדסמאַן קאַצענעלענבױגען, אױף קאַנאַל סטריט לעבען עלען, האָב איך אַמאָל באַמערקט אַ גאַנג מדרשים און אַ גאַנג עין יעקב'ס, ביידע מיט אַ אידישער איבערזעצונג. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַ נייעם. פֿריהער האָב איך קיין אידישע איבערזעצונגען פֿון דיזע ספֿרים קיין מאָל ניט געזעהן.
פֿון דעם ערשטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" ווייס דער לעזער, אַז מיין שייכות צו דעם העברעאיש און גמרא לשון איז איבערגעהאַקט געוואָרען גאָר פֿריה. לעזען מדרש אָדער עין-יעקב אין דעם אָריגינאַל איז פֿאַר מיר כמעט אונמעגליך געווען. איצט, אַלזאָ, האָבען זיי זיך פֿאַר מיר געעפֿענט. מדרש און עין יעקב אױף אידיש! ס'האָט זיך כמעט ניט געגלױבט.
צוזאַמען איז געווען ניין בענדער, דאַכט זיך. איך האָב זיך אַ נעהם געטאָן צו זיי.
איך האָב אין זיי געפֿונען טשיקאַווע משלים, לעגענדעס, נאַרישע און קלוגע, ווילדע און פּאָעטישע, מאַנכע שעהנע פֿאַנטאַזיעם, מאַנכע אָריגינעלע אינטערעסאַנטע געדאַנקען, אַ סך נאַאיווע, אַ סך אונזין. דאָ און דאָרטען אַ ווערטעל, וואָס וואָלט געווען כדאי איבערצוזאָגען היינט אױך.
ווען איך בין צוריק געוואָרען רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס", האָב איך זיך דערמאָנט אָן די דאָזיגע מדרשים און עין-יעקב'ס, און איך האָב זיי געשיקט קױפֿען.
איך האָב אױפֿגעמישט אין מדרש די סדרה וואָס וועט געהן די וואָך, ווען איך וועל אָנהױבען צו רעדאַקטירען די צייטונג. איך האָב דאָרטען געפֿונען לעגענדעם, מעשה'לעך, און איך האָב אין זיי „אַריינגעטייטשט" די פֿראַגען פֿון טאָג. עס איז אַרױסגעקומען אַ נייער סאָרט „סדרה". נעקסטע וואָך האָב איך אױך אױף דעם זעלבען אופֿן מיט דער הילף פֿון אַ דרשה אױפֿגעשריבען אַ נייע סדרה, און אַזױ כסדר, יעדע וואָך.
איך גלױב אַז אַלס „סדרות" — אַלס פֿעליעטאָנען פֿון דיזען ספּעציעלען טיפּ — זיינען זיי געשטאַנען העכער פֿאַר מיינע סדרות פֿון פֿאָר צעהן יאָהרען. פֿילעם איז אין זיי געווען רױה. פֿילעם אָבער איז געווען אינטערעסאַנט. ביי דעם אַלגעמיינעם עולם310האָבען זיי שטאַרק אױסגענומען, און דאָס רוב ביי דעם אינטעליגענטערען לעזער אױך.
אַמאָל פֿלעגט מען מיינע אַ „סדרה" פֿאַרלעזען שבת אין שוהל, פֿון דער בימה. דאָס פֿלעגט טרעפֿען ווען איך האָב אין דעם מדרש אַריינגע'דרש'נט אַזאַ טאָגעס-פּאַסירונג ווי אַ סטרייק, צום ביישפּיל, און די שוהל איז באַשטאַנען פֿון אַרבייטער.
מיט אַ פֿאָר יאָהר נאָך דעם, ווי איך בין צוריק-אָנגעקומען אין „פֿאָרווערטס", האָבען מיר אָנגעפֿיהרט אַ רענט-סטרייק געגען די לענדלאָרדס. (אַ סטרייק פֿאַר קלענערע דירה געלט). עס איז געווען אַן אינטערעסאַנטע באַוועגונג, און איך האָב אין איהר גענומען אַ פּערזענליכען אַנטייל. איך בין געגאַנגען איבער די גאַסען, באַזוקט די סצענעס, געהאַלטען רעדעס אױף די מיטינגען און געשריבען וועגען דעם קאַמף אין דער צייטונג.
איין מאָל, אין פֿאַרלױף פֿון דעם דאָזיגען קאַמף, האָט דער מדרש אױף דער סדרה פֿון יענער וואָך ענטהאַלטען אַן אינטערעסאַנטע מעשה, וועלכע האָט זיך גראַד געפּאַסט צו דעם רענט-סטרייק. אַלזאָ איז אין מיין פֿעליעטאָן כלומר'שט אױסגעקומען אַזױ ווי דער מדרש וואָלט טאַקע גערעדט וועגען אונזער רענט-סטרייק. דיזע „סדרה" מיינע האָט מען פֿאַרגעלעזען אין עטליכע שוהלען, און פֿון פֿאַרשידענע טיילען פֿון שטאָדט זיינען אין דער „פֿאָרווערטס" רעדאַקציע געקומען גענאָסען מיט באַגייסטערטע באַריכטען וועגען דעם.
די „סדרה" פֿלעגט געהן יעדען שבת, און יעדען מיטוואָך פֿלעג איך געבען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט", דעם סאָרט פֿעליעטאָן, וואָס איך האָב איינגעפֿיהרט אין דער „אַרבייטער צייטונג" אין 1895 (זעה דריטען באַנד, פּיידזש 409).
די פֿעליעטאָנען „פֿון אַ וואָרט אַ קוואָרט" האָבען געהאַט אַ האַלב-הומאָריסטישען כאַראַקטער, און צו דער זעלבער צייט אַן ערנסטען אינהאַלט — אַ פּסיכאָלאָגישבעלעטריסטישען. צום ביישפּיל: דער צווייטער פֿעליעטאָן, נאָך מיין אָנקומען צוריק אין דער צייטונג, מאַכט אַ „קוואָרט" פֿון דעם וואָרט „בענקען". איך דערצעהל ווי שאַרף אױך האָב געבענקט אַהיים די ערשטע311פֿאָר יאָהר, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא. דערנאָך זאָג איך, אַז איצט (אין 1902) בין איך שױן צוואַנציג יאָהר אין אַמעריקא, און איך בענק שױן ניט אַהיים; איך בענק אָבער דאָך נאָך יענער צייט פֿון פֿאָר-צוואַנציג יאָהרען, ווען איך פֿלעג בענקען: נאָך יענער בענקעניש בענק איך.
וואָס ווייטער, האָט זיך דיזער כאַראַקטער פֿון די פֿעליעטאָנען אַלץ מעהר ענטוויקעלט. אַלץ ערנסטער זיינען געוואָרען די פּסיכאָלאָגישליטעראַרישע באַטראַכטונגען, וואָס זיי האָבען ענטהאַלטען. זיי האָבען אימער אָנגעריהרט אַן אַלגעמיין-מענשליכע סטרונע. זיי האָבען אימער אַפּעלירט צו די מאַסען אַזױ גוט ווי צו אינטעליגענטע לעזער.
איך האָב געוואָלט וויסען וואָס פֿאַר אַן איינדרוק דער נייער „פֿאָרווערטס" מאַכט אױפֿ'ן עולם; ווי אַזױ די פֿאַרשיידענע אַרטיקלען ווערען אױפֿגענומען; וואָס עס איז גוט, וואָס מען דאַרף ענדערען, און וואָס פֿאַר אַ ווייטערע נייעסען עס איז ראַטזאַם אײנצופֿיהרען. צו דיזען צוועק האָב איך די ערשטע צייט אָפֿט פֿאַרבראַכט אַ צוויי-דריי שטונדען אױפֿ'ן גאַס, אין באַרבער-שעפֿער, אָדער אין רעסטאָראַנען. הױפּטזעכליך איז דאָס געווען מיין „דזשאַב" זונטאָג פֿאַר מיטאָג. אין די באַרבער-שעפֿער איז דאַן ענג, און עס געדויערט לאַנג איידער מען דערוואַרט זיך אױף אַ „נעקסט". קען מען זיצען און זיך צוהערען צו די געשפּרעכען, און אַמאָל קען מען זיך אַריינמישען מיט אַ פֿאָר פֿראַגען. אַזױ פֿלעג איך אָפּזיצען אַ האַלבע שעה דאָ, אַ האַלבע שעה דאָרטען.
איך פֿלעג זיך אױך אָפּשטעלען ביי צייטונגס-סטענדס און פֿאַרציהען אַ שמועס מיט די פֿאַרקױפֿער און מיט די קױפֿער.
אַזױ ווי איך האָב עטליכע יאָהר ניט גענומען קיין אַנטייל אין מאַס-מיטינגען, און אין פֿאַרלױף פֿון דיזער צייט זיינען אָנגעקומען פֿילע נייע אימיגראַנטען, האָט מען ניט געוואואסט ווער312איך בין. אַמאָל פֿלעגט מען מיך יאָ דערקענען, אָבער דאָס האָט אױך ניט געשאַדט.
איך פֿלעג אױך מאַכען בעאָבאַכטונגס-שפּאַצירען מיט דעם צוועק צו שרייבען אַ ספּעציעלען סאָרט פֿעליעטאָן, וועלכען איך האָב גערופֿען „פֿאַרבייגעהענדיג". געהענדיג דורכ'ן גאַס, צום אפֿים אָדער פֿון אפֿים, פֿלעג איך פֿאַרצייכענען פֿאַרשיידענע סצענקעס אָדער טיפּען. אײניגע מאָל בין איך אױפֿגעשטאַנען גאַנץ פֿריה צו זעהן, וואָס עס טוט זיך דעמאָלט אין די אידישע סטריטען, ווי מען עפֿענט די סטאָרס, ווי עס קלייבט זיך דער מאַרק אױף דער העסטער סטריט, ווי אָרימע לייט זוכען אין די מיסט-באַרעלס; ווי שנײדער לױפֿען זעקס אין דער פֿריה צו דער אַרבייט; ווי אַ שטונדע שפּעטער באַווייזען זיך נייע טיפּען, נייע בילדער, נייע סצענעס.
אױף דיזען אופֿן פֿלעג איך צוזאַמענשטעלען נאָטיצען, וואָס האָבען אַפּעלירט צו אונזערע לעזער — אָפֿט אױף אַ טיפֿערען און דעליקאַטערען שטייגער, ווי דאָס, וואָס עס אינטערעסירט זיי געוועהנליך אין אַ צייטונג.
איין מאָל, צום ביישפּיל, האָב איך ספּעציעל באַטראַכט די אָרימע אידישע גאַסען שפּעט נאָך מיטאָג, ווען די זון געהט אונטער. אַ „זון-אונטערגאַנג" איז אַ שעהנער בילד. כמעט אַלע פּאָעטען באַשרייבען דאָס. געוועהנליך געהט עס ביי זיי צוזאַמען מיט פֿעלדער און וועלדער אָדער מיט'ן ים. עס איז אָבער אױך פֿאַראַן אַ צויבער אין דעם זון-אונטערגאַנג צווישען טענעמענט הייזער. ווען מען קוקט פֿון ווייטען אױף די שורות און שורות מיט אָרימע פֿענסטער און פֿייער-עסקייפּס,* וואָס זיינען באַהאַנגען מיט טראַנטעס, דוכט זיך אייך, אַז זיי זיינען אָפּגעטונקט אין גאָלד און פֿאַר'חלש'ט. די דלות'דיגע וואַכעדיגקייט טרעט אָפּ איהר פּלאַץ צו אַ פּאָעטישען טרױם-בילד.
313וועגען אַזאַ פֿעליעטאָן פֿלעגען אָנקומען פֿריינדליכע בריף פֿון די לעזער.
אָדער איך האָב באַשריבען אַ אידישען קאַטערינסטשיק אָהן פֿיס, ווי ער זיצט אין אַ וועגעלע, וועלכער ווערט געשטופּט פֿון אַ גערונגענעם מענשען. דער קאַטערינסטשיק שפּילט אַ טיף אידישען נגון, אַ טרױעריגען. די ווייבער, וואָס געהען אין אײלעניש פֿאַרביי מיט זייערע קאָשיקעס, שטעלען זיך פּלוצלינג אָפּ, אַזױ ווי דער נגון וואָלט זיי געטראָפֿען אין האַרצען. זיי קענען ניט געהן ניט ווייטער. זיי שטעלען זיך אָפּ, פֿול מיט רחמנות, און וואַרפֿען פּעניס אין דעם בעטלער'ס טעלער.
אײניגע בעאָבאַכטונגען האָבען געהאַט אַ געזעלשאַפֿטליכען זין.
מיט עטליכע יאָהר פֿריהער האָט דער אידישער קוואַרטאַל געליטען פֿון דער „רױטע-ליכט" מגפֿה — פֿון די אונאַנשטענדיגע הייזער, וועלכע די קאָרופּטע טאַמאַני-האָל רעגירונג האָט אָפּען באַשיצט. דאַן האָבען די אױסוואואָרפֿען, מיט דער הילף פֿון דער פּאָליציי, טעראָריזירט געוויסע אידישע גאַסען, הױפּטזעכליך עלען סטריט (זעה דריטען באַנד, פּיידזש 363-365). איצט האָט דיזע מגפֿה באַקומען אַ נייע פֿאָרמע. ספּעציעלע הייזלעך אַזעלכע האָבען זיך אױף דער איסט-סײד* ניט געזעהן. אָבער אױב די קריינק איז פֿאַרשוואואנדען פֿון דרױסען, האָט זי זיך פֿאַרשפּרייט אינווייניג.
אין פֿילע פֿון די פֿינף-עטאַזשיגע טענעמענט הייזער, צווישען אַנשטענדיגע אידישע פֿאַמיליען, האָבען זיך באַזעצט פֿאַרדאָרבענע314פֿרױען, און האָבען דאָרטען אָנגעפֿיהרט זייער האַנדעל. עס זיינען געווען לענדלאָרדס, וואָס האָבען זיי ניט אַריינגעלאָזען. עס זיינען אָבער געווען גענוג אַזעלכע, וועמען זיי זיינען געווען מעהר ווילקאָמען ווי אָרענטליכע טענענטס, וואָרים רענט האָבען זיי געצאָהלט פּינקטליך (און אָפֿט אַ ספּעציעל הױכען פּרייז), און דער הױז-קיפּער פֿלעגט פֿון זיי באַקומען אַ גוטען „טיפּ". אַלזאָ, פֿלעגט ער זיך מאַכען „ניט זעהענדיג".
צו הערען, אַז אַן אַרבייטער פֿאַמיליע מופֿט אַרױס פֿון אַ וואױנונג צוליב אַ שכנה פֿון דיזען קלאַס, איז ניט געווען קיין נאוווינע. אַריבערקלייבען זיך אױף אַן אַנדער וואױנונג איז אָבער ניט קיין לייכטע זאַך, הױפּטזעכליך פֿאַר אַן אָרימע משפּחה. פֿלעגט מען ניט ווילענדיג בלייבען וואױנען אױף אַן אָרט.
עס זיינען, נאַטירליך, געווען טױזענדער פֿאַמיליעס, וואָס פֿלעגען אַזאַ אונגעבעטענעם גאַסט צו זיך קיין מאָל אױפֿ'ן שוועל ניט אַרױפֿלאָזען. עס זיינען אָבער אױך געווען אַנדערע. מיט דער צייט, ניט ווילענדיג, ווערט מען באַקאַנט און מען געוואוינט זיך צו.
אײניגע פֿון דיזע אונאַנשטענדיגע פֿרױען פֿלעגען זיך אַליין האַלטען אָפּגעזונדערט פֿון די שכנים; אַנדערע אָבער האָבען זיך אױפֿגעפֿיהרט אַזױ ווי זייער ביזנעס וואָלט געווען אַ גאַנץ בכבוד'ער, און זיך רוקען צו פֿאַרבינדען באַציהונגען.
ביי אַזאַ „נעקסט-דאָריגער"* איז אין אַ נױט לייכטער צו קריגען לייען אַ דאָלער. און ניט זעלטען טרעפֿט אַז, אַלס מענש, איז זי טאַקע אַ גוטהערציגע, אַ פֿריינדליכע פֿרױ, אַ סימפּאַטישע זאָגאַר. מען האָט דערצעהלט וועגען אַנשטענדיגע פֿרױען, וואָס האָבען דורך אַזאַ חבר'טע זיך אױסגעלערענט פֿאַרדינען אַ „זייטיגען דאָלער".
אין מאַנכע פֿלעצער האָבען פּראָסטיטוטקעס געוואואינט מיט זייערע קינדער, און אין דער זעלבער דירה פֿלעגען זיי אױפֿנעהמען „געסט". און אַזעלכע קינדער פֿלעגען זיך חבר'ן מיט די קינדער פֿון די אָרענטליכע פֿאַמיליען.
315„טענענטקעס" פֿון דיזען סאָרט האָבען זיך הױפּטזעכליך געפֿונען אױף די סטריטען וואָס געהען פּאַראַלעל צו דער באָוערי און ניט ווייט פֿון איהר: עלדרידזש, פֿאָרסיטה און קריסטי. מיט צוואַנציג-דרייסיג יאָהר פֿריהער זיינען געווען טיילען פֿון דיזע גאַסען ניט געווען קיין אַנשטענדיגע. שפּעטער זיינען די שאַנדהייזער פֿון זיי באַזייטיגט געוואָרען, און דער געגנד איז געווען דורכאױס באַוואואינט מיט מאָראַליש-ריכטיגע, זעלבסט רעספּעקטירענדע אידישע פֿאַמיליען. אין דער צייט, וועגען וועלכער איך דערצעהל דאָ אָבער, האָבען זיך אין די אַנשטענדיגע טענעמענטס גופֿא באַוויזען פּסולות.
קריסטי סטריט איז אַ פֿאָרטזעצונג פֿון דער צווייטער עוועניו, און דורך איהר פֿלעגט מיר אױסקומען צו געהן אין דער רעדאַקציע און פֿון דאָרטען צוריק. אָפֿט — ווען איך פֿלעג געהן אױף לאַנטש אין אונזער קאַפֿע אױף דער צווייטער עוועניו, — פֿלעג איך דעם זעלבען שפּאַציר מאַכען פֿיר מאָל אַ טאָג. ווען איך האָב ניט געהאַט קיין באַזונדערע אורזאַכע זיך צו אײלען, פֿלעג איך געהן, קוקען, באַטראַכטען אַלץ וואָס האָט געצױגען מיין אױפֿמערקזאַמקייט, און אָפֿט פֿאַרצייכענען אַ נאָטיץ אין מיין ביכעל.
איין נאָכמיטאָג, געהענדיג צוריק אין אפֿים פֿון מיטאָג עסען, האָב איך אין אַ געוויסען פּלאַץ אױף קריסטי סטריט באַמערקט אַ סצענע, צווישען דער באַלאַבאָסטע פֿון אַ גראָסערי סטאָר (שפּייז-קראָם) און אַ פֿרױ, וואָס האָט געוואואינט אױפֿ'ן סטופּ איבער דער גראָסערי*.
דער פּלאַץ איז געווען אױפֿ'ן זעלבען בלאָק ווי די הױז, וואו איך און אַ פֿאָר פֿון מיינע ווילנער לאַנדסלייט האָבען געוואואינט316דעם צווייטען זומער, וואָס מיר האָבען פֿאַרבראַכט אין אַמעריקא, און וואו איך האָב געשריבען מיין ערשטען אַרטיקעל אױף ענגליש (זעה צווייטען באַנד, פּיידזש 130-131). כמעט יעדעס מאָל, וואָס איך פֿלעג דאָרטען פֿאַרבייגעהן, פֿלעג איך אַ קוק טאָן אױף יענער הױז. ניינצעהן יאָהר זיינען שױן געווען פֿאַראיבער. דער הױז-קיפּער, אַ דייטש מיט אַ געדיכטער, לאַנגער, באָרד, איז נאָך אָבער געווען דער זעלבער, בלױז אַנשטאָט אַ רױט-ברױנעם קאָליר, האָט זיין באָרד איצט געהאַט אַ ווייסען...
אַז די פֿרױ פֿון סטופּ איז ניט קיין אַנשטענדיגע, איז לייכט געווען צו זעהן פֿון די ווינקענדע בליקען, וואָס זי האָט דורך איהר אָפֿענעם פֿענסטער געוואָרפֿען צו די פֿאַרבייגעהענדע מענער. די „גראָסערקע", ווידער, האָט געהאַט אַ גאַנץ אָרענטליכען אױסזעהן. אַ פֿרױ, וואָס האַלט אַזאַ סטאָר, וועט זיך ניט באַשעפֿטיגען מיט „לינקע" ביזנעס. דאָך האָבען דיזע צוויי ווייבער זיך געשמועסט גאַנץ פֿריינדליך. ביי דער פֿרױ פֿון סטופּ איז דער פֿענסטער געווען אָפֿען, און זי איז געזעסען מיט'ן קאָפּ אַרױסגעבױגען. די „גראָסערקע", ווידער, איז געשטאַנען ביי דער טיר פֿון איהר סטאָר, מיט'ן קאָפּ פֿאַריסען אַרױף-צו.
אַזױ שמועסענדיג, האָט די פּראָסטיטוטקע באַקוקט יעדען מאַנסביל, וואָס איז פֿאַרבייגעגאַנגען, און פֿון צייט צו צייט געגעבען אַ „פּראָפֿעסיאָנעלען" וואונק. די „גראָסערקע" האָט יעדעס מאָל איבערגעוואָרט אַ פֿאָר סעקונדען, און אױב די „פּראָפֿעסיאָנעלע דאַמע" האָט ניט געכאַפֿט קיין קאַסטאַמער, האָבען זיי גאַנץ געמיטליך פֿאָרטגעזעצט זייער געשפּרעך.
איך בין געשטאַנען אױף דעם אַנטקעגענדיגען סיידוואָק (טראָטואַר) און פֿון זיי די אױגען ניט אַראָפּגעלאָזען.
אין אײניגע מינוטען אַרום האָט די פּראָסטיטוטקע געפֿאַנגען אַ „העכט". מיט אַ צופֿרידענעם שמייכעל האָט זי אַראָפּגעלאָזען איהר פֿענסטער און איז פֿאַרשוואואנדען. די „גראָסערקע" איז געבליבען שטעהן ביי איהר טיר.
באַלד האָט זיך דער סטופּ-פֿענסטער ווידער אױפֿגעהױבען. די פּראָסטיטוטקע, איצט שױן אין אַ קימאָנאַ, האָט זיך ווידער317באַוויזען, מיט אַ ביר-קעסעלע אין איין האַנט און מיט אַ מטבע אין דער אַנדערער. זי האָט דאָס דערלאַנגט דער גראָסערי פֿרױ און איז ווידער פֿאַרשוואואנדען. די גראָסערי פֿרױ האָט צוגערופֿען אַ מיידעלע פֿון גאַס (ווי עס האָט אױסגעזעהן, איז דאָס געווען איהר טאָכטער). די מיידעלע האָט געבראַכט אַ פּיינט ביר און דאָס אַרױפֿגעטראָגען צו דער פֿרױ פֿון סטופּ.
איך האָב ספּעציעל נאָכגעפֿרעגט, מיט דער הילף פֿון אַ באַקאַנטען, וואָס האָט געוואואינט אױף יענעם בלאָק, און דער באַריכט איז געווען אַז די „גראָסערקע" איז אַ פֿאָלשטענדיג אָרענטליכע און אַנשטענדיגע פֿרױ.
„מ'איז שױן אַזױ צוגעוואואינט, אַז מען פֿאַרגעסט שױן גאָר ווער איז ווער" — איז געווען מיין באַקאַנטען'ס פּשט.
איך האָב וועגען דער געשיכטע געשריבען. עס איז געוואָרען אַ שטיקעל גערודער, און מעהר אָדער ווייניגער ווירקונג האָט דאָס מסתמא געהאַט. און אפֿשר ניט.
איידער איך געה ווייטער, מוז איך באַמערקען, אַז אַזעלכע סצענעס ווי די, וואָס איז דאָ באַשריבען געוואָרען, זיינען אין ניו יאָרק שױן לאַנג אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
מיט דעם וואַוקס פֿון אונזער סירקולײישאָן האָט זיך גענומען מערקען, אַז מיר קענען מעהר אױפֿטאָן פֿאַר די אָרגאַניזירטע אַרבייטער אין דער צייט פֿון אַ סטרייק, אַז צו אונזער וואָרט הערט מען זיך מעהר צו.
מיר האָבען אױך אָנגעהױבען צו שפּילען אַ ראָלע אין דער ברייטער ווייסער וועלט. מיר האָבען מעהר געווירקט אױף דער עפֿענטליכער מיינונג. יעדער שורה פֿון „פֿאָרווערטס" האָט באַקומען מעהר ממשות. יעדער לעזער האָט געוואואסט, אַז די שורה וואָס ער לייענט, לייענען אױך אַ סך אַנדערע מענשען, און, ניט318ווילענדיג, האָט ער זיך צו איהר פֿאַרהאַלטען מיט מעהר רעספּעקט.
דאָס האָט זיך געפֿיהלט אױף פֿאַרשיידענע אַרטען — אין אונזער קולטורעלער אַרבייט, אַזױ גוט ווי אין אונזער טריידיוניאָן טעטיגקייט.
גראָד אַרום יענער צייט, ווען איך בין צוריק אַריינגעקומען אין „פֿאָרווערטס", האָט אין רוסלאַנד און פּױלען זיך גענומען פֿאַנאַנדערבליהען די אידישע ליטעראַטור. עס האָבען זיך אָנגעהױבען צו באַווייזען די ערצעהלונגען פֿון אברהם רייזען, שלום אַש און ה. ד. נאָמבערג. מיט פּרץ'ס ערשטע ווערק זיינען מיר געווען באַקאַנט. איצט האָט זיין טאַלאַנט אָבער געהאַלטען אין זיין רעכטער ענטוויקלונג.
דער „פֿאָרווערטס" האָט דיזען געבורט פֿון דער אידישער ליטעראַטור אױפֿגענומען מיט באַגייסטערונג, און מוסטערען פֿון איהר האָט ער געבראַכט פֿאַר דעם אידישען עולם פֿון אַמעריקא.
וועגען דיזען ענין האָט מ. אַשעראָוויטש געהאַט אַן אַרטיקעל אין דעם 25-יאָהריגען יובילעי נומער פֿון „פֿאָרווערטס".
ער דערצעהלט דאָרטען ווי פֿרעמד איך בין געווען פֿון דער אידישער ליטעראַטור אין די פֿינף יאָהר וואָס איך בין ניט געווען מיט'ן „פֿאָרווערטס".
„ערשט ווען ער איז אָנגעקומען צוריק אין „פֿאָרווערטס" — זאָגט אַשעראָוויטש — „האָט זיך פֿאַר איהם די אידישע ליטעראַטור אַנטפּלעקט. די מיטאַרבייטער פֿון „פֿאָרווערטס" האָבען געוואואסט, אַז גענאָסע קאַהאַן אינטערעסירט זיך שטאַרק מיט ליטעראַטור בכלל, און זיי האָבען זעהר געוואָלט, אַז ער זאָל זיך פֿאַראינטערעסירען אין דער אידישער ליטעראַטור אױך; איז, וואו זיי האָבען נאָר דערטאַפּט ערגעץ אַ גוטע ערצעהלונג אַ אידישע, אָדער אַ ליד, האָבען זיי עס איהם אונטערגעטראָגען — נאָט זעהט, וואָס פֿאַר אַ שעהנע זאַכען עס ווערען איצט געשאַפֿען אױף אידיש!
„אָבער די מעהרסטע זאַכען, וואָס מען האָט איהם צוגע319טראָגען, האָבען איהם ניט גענומען. „פֿון אמת'ער ליטעראַטור איז עס נאָך אַלץ ווייט" — פֿלעגט ער זאָגען.
„איין מאָל האָט מען געקראָגען אַ העברעאישען זאַמעל-בוך, אין וועלכען עס איז געווען געדרוקט אַ נייע ערצעהלונג פֿון אַ אידישען שרייבער אין רוסלאַנד. „וועמעס ערצעהלונג דאָס איז געווען — רייזען'ס אָדער שלום אש'ס — דאָס קען איך ניט געדענקען" — דערצעהלט מיר גענאָסע קאַהאַן. — „איך געדענק נאָר, אַז ווען א. פֿרומקין, וועלכער איז דאַן געווען אַ מיטאַרבייטער אין „פֿאָרווערטס", האָט פֿאַר מיר איבערגעלעזען די ערצעהלונג אױף אידיש, בין איך איינפֿאַך איבעראַשט געוואָרען. אָט דאָס איז ליטעראַטור — האָב איך געזאָגט — אָט אַזױ שרייבט מען ביי לייטען!"
„די ערצעהלונג איז גלייך איבערגעזעצט געוואָרען אױף אידיש און איז געדרוקט געוואָרען אין „פֿאָרווערטס", און נאָך דעם האָט גענאָסע קאַהאַן געשריבען אַ גרױסען אַרטיקעל, אין וועלכען ער האָט פֿאַר די פּשוט'ע לעזער די ערצעהלונג אַזױ פֿאַרטייטשט, אַז אַלע זאָלען זי פֿאַרשטעהן און אָפּשעצען.
„באַלד האָבען גענומען אָנקומען נאָך און נאָך זאַכען פֿון רוסלאַנד — שלום אש'ס „דער חזן מיט די משוררים", אברהם רייזען'ס „שטילע טריט" און „דאָס גמילת-חסד'ל" און אַ נייע וועלט האָט זיך געעפֿענט.
„וועגען יעדער טאַלאַנטפֿולער אידישער ערצעהלונג פֿלעג איך אַנאָנסירען אין „פֿאָרווערטס", אַז מיר וועלען איהר איבערדרוקען און דערנאָך געבען אַ קריטישע ערקלעהרונג וועגען איהר. און דאָס פֿלעגט דעם עולם שטאַרק אינטערעסירען.
מיט מיינע אַמעריקאַנער פֿריינד פֿלעג איך אימער ריידען וועגען דיזע אידישע ערצעהלונגען, און זיי פֿלעגען וועגען זיי הערען מיט גרױס אינטערעס.
„נו, וואָס האָט איהר עפּעס היינט פֿאַר אַ פּערל אין אייער צייטונג?" פֿלעגען מאַנכע פֿון זיי מיך פֿרעגען, ווען מיר פֿלעגען זיך צוזאַמענקומען.
„לעבעדיגקייט, בולט'קייט און נאַטירליכקייט — דאָס האָט דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" אַלע מאָל געפֿאָדערט פֿון אַ320שרייבער" — געפֿינען מיר אין אַשעראָוויטש'עס אַרטיקעל ווייטער — „דאָס האָט ער ביי איהם געזוכט, און ווען ער האָט דאָס נאָר געפֿונען, האָט ער זיך גענומען צאַצקען דערמיט ווי מיט אַ קדשי קדשים. ער האָט זיך ניט באַנוגענט דערמיט, וואָס ער האָט וועגען דעם דעבאַטירט אין אַן ענגען קרייז. ער האָט דאָס אַרױסגעטראָגען אין גאַס (דורכ'ן „פֿאָרווערטס") און צולײגט אױף טעלערלעך פֿאַר די ברייטע מאַסען, פֿאַר די פּשוט'ע מענשען".
דאָ דערצעהלט אַשעראָוויטש ווי איך פֿלעג אַלע מיינע ערקלעהרונגען וועגען ליטעראַטור אױך מאַכען מיט די לייכטסטע ווערטער, כדי די פּשוט'ע מענשען זאָלען מיך קענען פֿאַרשטעהן.
„דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" באַנוגענט זיך ניט" — זאָגט ער — „דערמיט, וואָס ער גיט זיך גלאַט אַזױ אַ זאָג די ווערטער „אָביעקטיוו" און „סוביעקטיוו". ער וויל, אַז דער פּשוט'ער לעזער זאָל איהם פֿאַרשטעהן, קלעהרט ער צו אַ משל (דאָ ברענגט אַשעראָוויטש דעם משל, מיט וועלכען איך האָב אַמאָל ערקלעהרט די דאָזיגע צוויי ווערטער).
דער „פֿאָרווערטס" איז געוואַקסען, און צוזאַמען מיט איהם איז געוואַקסען זיין אײנפֿלוס אױף די אידישע מאַסען, און דורך דעם זיינען די ווערק פֿון די אידישע שרייבער אַרױסגעטראַגען געוואָרען אין גאַס, אין די אידישע שעפֿער. אין די טענעמענט הייזער האָט מען גענומען ריידען און דעבאַטירען וועגען דער אָדער יענער ערצעהלונג פֿון דעם אָדער יענעם שרייבער. אַ נייע זאַך פֿון י. ל. פּרץ, שלום אש, ת. ד. נאָמבערג, ז. ליבין, אברהם רייזען אָדער יונה ראָזענפֿעלד, איז געווען אַ פּאַסירונג. מען האָט גערעדט וועגען דעם און אױך וועגען דער קריטיק, וואָס דער „פֿאָרווערטס" האָט געדרוקט.
„כדי צו דערנעהנטערען דעם אידישען לעזער נאָך מעהר צו דער אידישער ליטעראַטור, איז אין „פֿאָרווערטס" איינגעפֿיהרט געוואָרען אַ „ליטעראַרישער קלאָב" — אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג, אין וועלכער די לעזער אַליין האָבען אױסגעדריקט זייער מיינונג וועגען די געדרוקטע ערצעהלונגען, וואָס זיי האָבען געלעזען (אין „פֿאָרווערטס").
„דורך דעם אַלעם איז מעגליך געוואָרען, אַז די אידישע לי321טעראַטור זאָל ווערען באַליבט ביי די אידישע פֿאָלקס-מאַסען אין אַמעריקא".
עס איז אױך מעגליך געוואָרען אַז דורכ'ן „פֿאָרווערטס" גופֿא זאָל אין אַמעריקא אױסוואַקסען אַ גרופּע טאַלאַנטפֿולע בעלעטריסטען. נאָר דאָס איז געווען אַ ביסעל שפּעטער.
אין זיינע מעמואַרען („עפּיזאָדען פֿון מיין לעבען") דערצעהלט אברהם רייזען וועגען די ערשטע קריטיקען, וואָס איך האָב געשריבען וועגען זיינע ווערק אין 1902. ער האָט זיך דאַן געפֿונען אין וואַרשע. ער האָט זיך קאָרעספּאָנדירט מיט אַ קאָוונער פֿריינד, ד-ר. קלעבאַנאָוו, וועלכער האָט שױן עטליכע יאָהר געוואָוינט אין ניו יאָרק. ד-ר. קלעבאַנאָוו האָט איהם געשריבען, אַז אַ פּאָר פֿון זיינע זאַכען זיינען איבערגעדרוקט געוואָרען אין „פֿאָרווערטס" און ער האָט איהם פֿאָרשפּראָכען — אין קורצען צו מאַכען אַ סורפּריז.
„אין אַ פּאָר וואָכען אַרום" — שרייבט רייזען — „האָב איך באַקומען אין אַ פֿאַרמאַכטען קאָנווערט צוויי אױסשניטען פֿון אַן אַמעריקאַנער אידישער צייטונג. דאָס זיינען געווען צוויי קריטיקען וועגען מיינע צוויי ערצעהלונגען. די ערשטע — אַ קריטיק וועגען מיין ערצעהלונג „שטילע טריט", און די צווייטע וועגען „גמילת חסד"*. דער נאָמען פֿון דעם קריטיקער איז געווען אב. קאַהאַן.
„אב. קאַהאַן איז נאָך פֿאַר מיר אַלס שרייבער דאַן געווען אַן אונבאַקאַנטער נאָמען. עפּעס האָב איך יאָ געהערט פֿון אַ סאָציאַליסט אַ. קאַהאַן. מען האָט ביי אונז דערצעהלט וועגען איהם, אַז ער איז אַ גרױסער רעדנער, און ריידען רעדט ער נאָר אױפֿ'ן גאַס. שטעלט זיך אַרױף אױף אַ וואָגען — אַזױ איז322געגאַנגען די לעגענדע — און הויבט אָן ריידען. און באַלד פֿאַרזאַמלען זיך שױן אַרום איהם די אַרבייטער, די גרינע אידען, יונג און אַלט, און אױף אַזאַ אופֿן באַקערט ער זיי — מיט זיינע פּשוט'ע רייד — צום סאָציאַליזם... און אַזױ ווי אַמעריקא איז אַ פֿרייע לאַנד, מעג ער עס טאָן פֿראַנק און פֿריי. (ווייטער זאָגט רייזען, אַז ער האָט דאָס געהערט ביי יעקב דינעזאָן אין צי-מער'ל, וואָו דינעזאָן פֿלעגט דערצעהלען פֿאַרשידענע מעשות פֿאַר זיינע פֿריינד).
„אָבער פֿון דעם טאָן פֿון די קריטיקען" — זעצט רייזען פֿאָרט — „כאַטש זיי זיינען געווען געשריבען זעהר פּאָפּולער, אַז יעדער זאָל פֿאַרשטעהן, האָב איך באַמערקט, אַז דער אב. קאַהאַן איז דוקא אַ ליטעראַריש-ערצויגענער מענש, און אױב דער סטיל פֿון די אַרטיקלען איז ניט אומעטום געווען צו שטאַרק ליטעראַריש, זיינען אָבער זיינע מיינונגען געווען גאַנץ ניי אין דער אידישער ליטעראַטור, וואָס האָט פֿון רעאַליזם נאָך דעמאָלט ווייניג וואָס געוואוסט. אַפֿילו בעל-מחשבות האָט נאָך דאַן מעהר געשריבען סתם אַרטיקלען ווי קריטיק; און אױב קריטיק, איז דאָס געווען מעהרער וועגען פּאָעזיע, ווי, צום ביישפּיל, אַ רעצענזיע אױף מ. וואַרשאַווסקי'ס לידער, אָדער מאַריס ראָזענפֿעלד'ס; און אַפֿילו אין זיינע אַרטיקלען וועגען מענדעלע'ן מוכר ספֿרים, וואָס אין זיי האָט ער זיך שױן ענטפּלעקט אַלס דער צוקונפֿטיגער גרױסער קריטיקער, האָט ער נאָך אַלץ מעהר גערעדט וועגען אידישען לעבען, ווי וועגען מענדעלע'ס רעאַליזם און קונסט בכלל...
„די מעלה פֿון אב. קאַהאַן'ס אַרטיקלען איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, וואָס באַטראַכט מיינע ערצעהלונגען האָט ער ניט פֿון אידישען, נאָר פֿון מענשליכען שטאַנדפּונקט. דאָס האָט מיך גליקליך איבעראַשט. דערמיט האָט ער מיר שטאַרק צוגעטראָפֿען. „רייזען", — האָט ער צווישען אַנדערעם געשריבען, — „ווייזט אין דער ערצעהלונג „גמילת חסד" אַז ער איז אַ מבין אױף מענ-שען". בכלל האָט ער די ערצעהלונג זעהר שטאַרק געלױבט.
„וועגען דער ערצעהלונג „שטילע טריט", וועלכע ער האָט אין יענער צייט שטאַרק באַריהמט געמאַכט צווישען די אידישע לעזער אין אַמעריקא, — ווי איך האָב שױן ערפֿאָהרען מיט יאָהרען323שפּעטער — וועגען „שטילע טריט" האָט ער שױן געשריבען מיט הויכער באַגייסטערונג. איבערהויפּט האָט ער באַוואונדערט דעם איינפֿאַל אַליין. אַזױנע טעמען — האָט ער געקנעלט מיט זיינע דאַמאָלסדיגע „גרינע", און אַפֿשר אױך „געלע" לעזער — אַזױנע טעמען קענען זאָבי וועגען ניט איינפֿאַלען. מען מוז האָבען אַ גרױסע איינבילדונגס-קראַפֿט. אמת, אין דער ערצעהלונג „שטילע טריט" האָט ער געפֿונען אױך פֿעהלערען. איבערהויפּט איז איהם ניט געפֿעלען געוואָרען, וואָס איך לאַך צופֿיל פֿון דעם העלד, אַזױ אַז אַנשטאָט הומאָר, באַקומט זיך דער איינדרוק פֿון חוזק מאַכען, פֿון אױסלאַכען... די באַמערקונג קאַהאַן'ס האָט מיר שױן אַבי-סעלע וועה געטאָן, און נאָך מעהר דערפֿאַר, וואָס איך האָב גע-פֿיהלט, אַז זי איז געווען ניט גאָר אונגערעכט. די ערצעהלונג „שטילע טריט", נים געקוקט, וואָס די טעמע איז ווירקליך מיר אַליין שטאַרק געפֿעלען געוואָרען און האָט מיך ביים שרייבען שטאַרק פֿאַרפֿיהרט, איז געווען אָנגעשריבען און פֿאַרעפֿענטליכט צו בחפֿזון'דיג, הגם אַ רושם האָט זי געמאַכט גאָר אַ שטאַרקען.
שפּעטער בין איך שױן ניט געווען קיין בן-יחיד, וועגען וועמען מען שרייבט קריטיק אין אַמעריקאַנער צייטונגען. אױך שלום אַש'ס ערצעהלונגען און נאָמבערג'ס האָט דער „פֿאָרווערטס" אי-בערגעדרוקט, און אב. קאַהאַן האָט געשריבען וועגען זיי באַגייס-טערטע אַרטיקלען. ווער רעדט אַש, האָט שױן אַליין גענומען שרייבען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" און באַקומען אַפֿילו האָנאָראַר.
„אָבער איך בין געווען דאַן דער ערשטער וואָס האָט זוכה געווען צו דעם כבוד."
דאָ זאָגט רייזען, אַז אין וואַרשע האָט מען זיך דאַן נאָך ניט געקענט פֿאַרגינען צו גרינדען אַזאַ צייטונג, וואָו מען זאָל שרייבען קריטיקען „ניט נאָר וועגען ביכער, נאָר וועגען אַן איינצעלנע ער-צעהלונג פֿון אַ יונגען שרייבער".
ווייטער דערצעהלט ער, אַז אין יענע צייטען האָט ער קיין האָנאָראַר פֿאַר די איבערגעדרוקטע אַרטיקלען ביי אונז ניט באַ-קומען.
„אַליין שיקען מיינע ערצעהלונגען האָב איך ערשט אָנגעהױ-בען מיט יאָהרען שפּעטער, פֿון קראַקאָו" — זאָגט ער — „אָבער324ווער האָט דאַן פֿאַרלאַנגט האָנאָראַר? מיט די פֿאַר קריטיקען, וואָס אב. קאַהאַן האָט געשריבען וועגען מיר, האָט ער מיר שױן גענוג באַלױנט. אין אידיש זיינען זיי דאַן געווען די ערשטע קריטיקען וועגען מיר בכלל".
דער וואואקס פֿון דעם „פֿאָרווערטס" איז געגאַנגען צו שנעל ווערדליג דעם קאַפּיטאַל, וואָס ער האָט געהאַט. אױב עס איז ווען עס איז געווען אַ חסרון וואָס „די כלה איז צו שעהן", האָבען מיר איצט געליטען פֿון דיזען חסרון.
די שנעל-וואַקסענדע סױרקולײשאָן האָט אונזערע פּראָפֿיטען ניט פֿאַרגרעסערט, נאָר פֿאַרקלענערט. אַ פּראָסטער חשבון:
איצט, אַז מען האָט, אַנשטאָט זעקס פֿידזשעם, אַרױסגעגעבען אַכט, און דער איינקונפֿט פֿון אַדווערטײזמענטס איז אַלץ געווען קליין, איז די פֿאַרגרעסערטע סױרקולײשאָן — פֿינאַנציעל — געווען ניט קיין געוויניס, נאָר אַ היזק. די פּאַפּיר האָט גע-קאָסט טייערער, ווי דאָס וואָס פֿלעגט זיך אָפּשטעלען (דער פּרייז איז געווען 1 סענט אַ קאָפּי). מיט דער צייט וואָלט די סױרקו-לײשאָן שױן געבראַכט אַדווערטײזמענטס אױך. אָבער מיט אַמאָל קומט דאָס ניט. עס איז, אַלזאָ, אױסגעקומען, אַז וואָס מעהרער פֿידזשערס מיר האָבען פֿאַרקױפֿט, אַלץ מעהר האָבען מיר צוגעלייגט.
ניט נאָר האָט די צייטונג געהאַט ווייניג אַדווערטײזמענטס, נאָר די פּרייזען וואָס מען האָט איהר געצאָהלט פֿאַר די, וואָס זי האָט שױן יאָ געקראָגען, זיינען געווען צו קליין. דערצו נאָך איז איהר אָפֿט אױסגעקומען אַרױסצואווואַרפֿען אַן אַדווערטײזמענט צוליב אַ סטרייק אָדער צוליב אַן אַנדער סכסוך צווישען אַ גע-שעפֿט און אַ יוניאָן.
דער פֿאָלגענדער פֿאַקט איז פֿאָרגעקומען מיט אַ מאָנאַט זעקס איידער איך בין צוריק געוואָרען רעדאַקטאָר:
די „אַמעריקאַן טאַבעקאָ קאָמפּאַני", דער גרױסער טאַבאַק-טראָסט, האָט געהאַט אַן אַדווערטײזמענט אין „פֿאָרווערטס" פֿון325צוויי סיגאַרעטען („טאָלסטאָי" און „וואָלגאַ"). דער אַדווער-טײזמענט האָט דעם „פֿאָרווערטס" געבראַכט עטליכע טױזענד דאָלער אַ יאָהר, וואָס איז פֿאַר איהם דאַן געווען אַ גאַנצער איי-גענס. דער טראָסט האָט אָבער ניט געהאַלטען קיין יוניאָן-לייט, און די סיגאַרעט מייקערס יוניאָן האָט זיינע ווערע ערקלערט פֿאַר „נאָן-יוניאָן". אַלזאָ, האָט דער „פֿאָרווערטס" דעם אַדווערטײז-מענט אַרױסגעוואָרפֿען*.
אױך זיינען שטאַרק פֿאַרגרעסערט געוואָרען די קאָסטען אױפֿ'ן זאַץ. אַזױ ווי מען האָט אין דער צייטונג צוגעגעבען צוויי פֿידזשעס, האָט מען די זעצער אױך געמוזט צאָהלען אַ סך מעהר.
ווי מיר האָבען געזעהן, בין איך אָנגעקומען פֿאַר פּסח, די בעסטע צייט אױף אַדווערטײזמענטס אין דעם אידישען קוואַר-טאַל. ליעף און פֿעלער, די אַדווערטײזינג איידזשענטס, האָבען זיך גענויטיגט אין פּלאַץ, און די צוגעגעבענע צוויי פֿידזשעס זיינען פֿאַר זיי געווען ווי געוואואנשען. נאָך פּסח, אָבער, ווען די גאַנצע מאַסע פּסח אַדווערטײזמענטס זיינען אַרױסגעפֿאַלען, האָט זיך די לאַסט דערפֿיהלט מיט איהר גאַנצער וואָג.
און אין מיטען דערינען טרעפֿט אַן אונגליק, אַז דער עלעק-טרישער מאָטאָר, וועלכער טרייבט די צוויי זאַץ-מאַשינען, לאָזט אױס די נשמה. די פֿאַרגרעסערטע אַרבייט איז ניט געווען נאָך זיינע כוחות נאָך.
מען האָט בעדאַרפֿט האָבען אַ גרעסערען מאָטאָר און מען האָט בעדאַרפֿט האָבען נאָך אַ זאַץ-מאַשין.
שולדיג איז מען געווען איבער'ן האַלז. און די חובות זיי-נען געוואַקסען נאָך שנעלער ווי פֿריהער.
די לאַגע פֿלעגט מיך עראינערען אָן אַ קינד, וואָס וואַקסט צו326שנעל, און באַקומט דורך דעם די שווינדזוכט. אין אַ פֿינאַנ-ציעלען הינזיכט, איז דער „פֿאָרווערטס" געווען אַ בייבי, וואָס האָט פּלוצלינג גענומען שנעל וואַקסען.
פֿאַר אַ פּריוואַט געשעפֿט, ווען ער הויבט אָן צו שטייגען און עס פֿעהלט איהם קאַפּיטאַל, איז פֿאַראַן אַ נאַטירליכער מיטעל: מען נעמט צו אַ שותֿף מיט אַ געלט. און אױף אַזאַ אופֿן געפֿינט זיך שױן אַ שותֿף זעהר לייכט. אָבער דער „פֿאָרווערטס" איז אַ סאָ-ציאַליסטישע צייטונג, קהל'שע אייגענטום, און ער קען קיין שותֿפֿים ניט אַריינעעמען (עס האָבען זיך טאַקע באַוויזען אידען מיט געלט, וועלכע האָבען זיך פֿאָרגעשלאָגען אַלס שותֿפֿים. איך געדענק איינעם פֿון זיי. ער איז געווען אַזױ ווייט פֿון אונזער באַוועגונג, אַז עס איז אונמעגליך געווען צו ערקלערען פֿאַר-וואָס מען קען איהם ניט אַריינעעמען).
די אַכט פֿידזשעס האָט מען ניט פֿאַרקלענערט. מען איז אָבער געצוואואנגען געווען פֿון יעדער פֿידזש אַראָפּצונעמען אַ קאָלומן.
עס טרעכט, אַז אַ ביזנעס פּלאַצט, דערפֿאַר וואָס ער וואַקסט אױס צו שנעל און האָט ניט קיין קאַפּיטאַל אױף צו פֿאַרגרע-סערען דעם געשעפֿט, — אױסצולײגען אױף רויהע מאַטעריאַל, אױף מאַשינערי, א. ז. וו. וועגען „פֿאָרווערטס" איז די מעגליכקייט פֿון אַזאַ טראַגעדיע קיינעם ניט איינגעפֿאַלען. פֿאָרט אַ קהל'שע אינסטיטוציע, אַ סאָציאַליסטישע צייטונג מיט אַ וואַקסענדע סױרקולײשאָן און מיט אַ סך אינ איבערגעבענע פֿריינד, וועלכע וועלען איהם העלפֿען. און ווי מיר וועלען זעהן, האָט ער זיך ווירקליך דורכגעמאַטערט און עס זיינען פֿאַר איהם אָנגעקומען בעסערע צייטען. דערוויילע אָבער איז געווען זעהר שווער.
עס האָבען זיך געפֿונען גענאָסען, וואָס האָבען מיך באַשול-דיגט אין דער קריטישער לאַגע.
— ווען ניט קאַהאַן, וואָלטען מיר זיך געפֿלאָגט און ווי-עט-איז עקזיסטירט, ווי פֿריהער האָבען מיר עקזיסטירט — האָבען זיי גע'טענה'ט. — צו וואָס איז דאָס נױטיג אַ גרױסע סױרקולײשאָן? די קאַפּיטאַליסטישע צייטונגען האָבען נאָך גרעסערע. און וואָס327פֿאַר אַ נוצען האָבען די אַרבייטער פֿון זיי? די בעסטע צייטונגען האָבען ווייניג לעזער...
דיזער אַרגומענט איז ניט איבערטריבען אױף אַ האָר. פֿאַר-קערט: אין איהם פֿעהלען נאָך אייניגע ווערטער, וועלכע זיינען נאָך לעכערליכער ווי די, וואָס איך האָב דאָ געבראַכם. און גע-זאָגט האָט דאָס ניט אַבי-ווער, נאָר אַ גענאָסע מיט אַ נאָמען, הױפּטזעכליך מיט אַ נאָמען אַלס אַן איבערגעבענער סאָציאַליסט.
די באַציהונגען פֿון די גענאָסען צו מיר זיינען געווען העכסט פֿריינדליכע, ווי פֿריהער. אַן אונאָנגענעהמליכקייט האָט זיך גע-מאַכט צווישען מיר און מילער'ן, אָבער דאָס האָט ניט געהאַט קיין שייכות צו די פֿינאַנציעלע שווערינקייטען פֿון „פֿאָרווערטס", און האָט דאַן איבערהױפּט קיין באַדייטונג ניט געהאַט.
מיר האָבען זיך ניט געקריגט. אַהן ווערטער איז דאָס אַרױס-געקומען. אין אַ געוויסען פֿרייטאָג נאָכמיטאָג איז ער אַרױפֿ-געקומען צו מיר אין אָפֿיס און האָט מיר עפּעס גענומען דער-צעהלען — וועגען אַ געוויסען פּראָצעס, וואָס ער האָט דאַן גע-פֿיהרט אַלס לאָיער. עס איז געווען דייטליך, אַז ער פֿאַרלאַנגט מען זאָל די געשיכטע פֿאַרעפֿענטליכען אין „פֿאָרווערטס", און איך בין געווען געגען דעם. האָב איך איהם ערקלעהרט, אַז איך האָב איצט קיין צייט ניט צו הערען. ער האָט זיך באַלײדיגט, און איז אַוועק.
אַזױ איז געוואָרען אַ רוגז, און ער האָט זיך געצווייגען. מיר האָבען ניט גערעדט. ער האָט מיר מיט קיין זאַך ניט געשטערט. אױף דער זייט פֿון די, וואָס זיינען געווען געגען מיין פּאָליסי, האָט ער זיך פֿאַרלױפֿיג ניט געשטעלט. און זיינע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס" האָט ער געשריבען ווי פֿריהער.
אױבען זיינען דערמאָנט געוואָרען די דעליאַניסטען, וואָס328האָבען פֿאַרלאָזען דעליאָן'ען און דעם „אבענד-בלאַט" אַ פּאָר יאָהר נאָכדעם, ווי מיר האָבען זיך פֿון זיי אָפּגעטיילט און געגרינדעט דעם „פֿאָרווערטס". איך האָב אױך דערמאָנט, אַז דעליאָן האָט זיי אַ נאָמען געגעבען „קענגערוס" (שפּרינגער, אַריבער-שפּרינגער). מיט אייניגע מאָנאַטען שפּעטער, האָבען זיי געגרינדעט אַ באַזונ-דערע צייטונג — די ניו-יאָרקער אידישע „פֿאָלקס-צייטונג". דאָס הייסט, אַז דאַן האָבען עקזיסטירט דריי טעגליכע אידישע סאָציאַ-ליסטישע צייטונגען: דער „אבענד-בלאַט", דער „פֿאָרווערטס" און די „פֿאָלקס-צייטונג". די רעדאַקטערע פֿון דער „פֿאָלקס-צייטונג" זיינען געווען קראַנץ און פֿייגענבוים. לאַנג האָט דיזע צייטונג אָבער ניט עקזיסטירט. אין גאַנצען אַ מאָנאַט זיבען. אַ ביסעל שפּעטער האָט מען איהר ווידער „אָפּגערופֿען", אָבער מעהר ווי עטליכע וואָכען האָט זי זיך דיזען מאָל ניט געהאַלטען.
וואָס אנבאַטרעפֿט דעם „אבענד-בלאַט", איז ער אונטערגע-גאַנגען אין 1902, עטליכע מאָנאַט נאָך מיין אָנקומען צוריק אין „פֿאָרווערטס".
די „קענגערוס" האָבען געהאַט אַ געוויסע סומע געלט אױף אַ צייטונג, און זיי האָבען געהאַט פֿריינד, ביי וועלכע זיי האָ-בען ערוואַרט צו קריגען נאָך. האָבען אייניגע פֿון אונזערע „פֿאָרווערטס" גענאָסען גענומען מיט זיי פֿיהרען פֿאַרהאַנדלונגען. דער געדאַנק איז געווען, אַז אַנשטאָט צו מאַכען נאָך אַ פּראָבע אַרױסצוגעבען אַן אייגענעם אָרגאַן, זאָלען זיי בעסער העלפֿען דעם „פֿאָרווערטס" זיך שטעלען אױף די פֿים.
זייערע פֿאָרשטעהער — ד-ר. דזשוליום האַלפּערן, ד-ר. קאַספּע און ד-ר. אָרטמאַן, זיינען געקומען אױף אַ מיטינג פֿון דער „פֿאָר-ווערטס אסאָסיאיישאָן". זיי זיינען געווען באַרייט אונז צו קו-מען צו הילף. זיי האָבען אָבער געפֿאָדערט אַ קאָנטראָל איבער'ן „פֿאָרווערטס", און זיי האָבען זיך געשטעלט געגען מיינע וועגען. זיי האָבען זייער באַדינגונג אױסגעדריקט קורץ און שאַרף: אױב מיר ווילען האָבען זייער פֿינאַנציעלע שטיצע, מוז איך זיך אונ-טערוואַרפֿען אונטער זייער קאָנטראָל, בייטען מיין פּאָליסי און מאַכען די צייטונג „מעהר סאָציאַליסטיש", ווי זיי האָבען זיך אױסגעדריקט. די פֿאַרזאַמלונג איז געווען אַ שטורעמדיגע, און329דער רעזולטאַט איז געווען, אַז איך האָב זיך אַבסאָלוט ענטזאָגט צו זיין רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס" אונטער אַזעלכע באַדינ-גונגען.
איך בין אַוועק. ווידער האָבען געגאָסען פֿון אַלע זייטען מיך נעפֿרופֿט איבעררײדען. עס האָט אָבער ניט געווירקט.
איך בין אַוועק, אָבער מיט אַ גאַנץ אַנדערען געפֿיהל, ווי מיט פֿינף יאָהר צוריק. דאַן, אין 1897, האָב איך פֿאַרלאָזענדיג דעם „פֿאָרווערטס" „אָפּגעאָטעמט פֿריי" (זעה דריטען באַנד, לעצ-טע פֿידזש). דיזען מאָל האָב איך זיך מיט דער צייטונג גע-שיידט מיט אַ טיפֿען פֿאַרדרוס פֿאַר וואָס איך האָב ניט די מעג-ליכקייט פֿאַרטצוזעצען מיין אױפֿבױיאונגס-אַרבייט. איך האָב זיך געפֿיהלט ווי איינער, וועמען מען רייסט אַוועק פֿון אַן אינטערע-סאַנטען בוך. אָבער רעדאַקטירען דעם „פֿאָרווערטס" אונטער די באַשרענקונגען וועלכע די „קענגערוס" האָבען געוואָלט אױף מיר אַרױפֿלייגען, וואָלט קיין זין ניט געהאַט.
מיין פֿרױ האָט דאַן פֿאָרגעשלאָגען, אַז איך זאָל אױף אַ גע-וויסער צייט זיך באַזעצען אין אַ קליינער שטעדטעל, און זיך דאָרטען באַשעפֿטיגען מיט מיין ענגלישער ליטעראַרישער אַרבייט, און זי זאָל אױף דער צייט נעמען אַ פֿױרנישד רום אין ניו יאָרק. אױף דיזען אַרט וועלען אונזערע עקספּענסעס זיין זעהר קליין, — ביי צעהן דאָלער אַ וואָך, — און דאָס וועל איך קענען פֿאַרדינען מיט איין קאָלומן אין אַן ענגלישער ציי-טונג. אַלזאָ, וועל איך קענען זיך איינגאַנצען אָפּגעבען צו מיין לי-טעראַרישער אַרבייט.
איך בין אַריין צו מר. ראַיט'ן און אָפּגעמאַכט, אַז איך זאָל איהם צושיקען בילדער פֿון קאָנטרי און אַנדערע אַרטיקלען פֿאַר דער שבת'דיגער בײלאַגע צו דעם „קאָממוירשעל אַדווערטייזער".
330און דאָס האָט שױן באַטראָפֿען מעהר ווי איך האָב בעדאַרפֿט האָבען פֿאַר זיך און מיין פֿרױ.
אױף עטליכע מאָנאַטען ווייניגסטענס, איז דאָס געווען אַ זי-כערער איינקונפֿט, און איך האָב געקענט אַרבייטען אױף מיינע ליטעראַרישע זאַכען מיט אַ פֿרייען קאָפּ.
איך בין אַוועקגעפֿאָהרען קיין וואָדבעין, די באַראָן-הירש קאָלאָניע אין ניו-דזשוירזי.
דער באַקאַנטער ד-ר. באַרים באַגין איז דאַן געווען דער פּרינ-ציפּאַל פֿון דער דאָרטיגער באַראָן-הירש אַגריקולטשורעל סקול. האָב איך זיך ביי איהם באַזעצט.
עס איז געווען הערבסט, עס איז געוואָרען ווינטער. איך האָב אַ סך געשריבען*, אַ סך געלעזען און אַ סך אַרומגעשפּאַ-צירט.
ביי די באַגינס האָב איך אָפּגעוואואינט אַ מאָנאַט דריי, און נאָכהער האָב איך זיך אַריבערגעצויגען אין ד-ר. יאַפֿע'ס הויז. די באַגינס פֿלעג איך אָפֿט באַזוכען. באַגין פֿלעגט מיר ווייזען די אַרבייט וואָס די קינדער טוען אױף דער פֿאַרם, וועלכע איז פֿאַר-בונדען מיט דער סקול. איך פֿלעג שמועסען מיט די לעהרער, מיט די באַיעס, מיט די איינוואוינער פֿון שטעדטעל, מיט ד-ר. סאַבסאָוויטש'ען, וועלכער איז געווען דער מעיאָר פֿון וואָדבעין, און פֿאַרוואַלטער פֿון דעם באַראָן'ס גאַנצע אייגענטום אין איהר.
אין ד-ר. יאַפֿע'ס הויז פֿלעגט אָפֿט אַריינקומען זיין אַלטער פֿאָטער — איינער פֿון די פֿעהיגסטע אידען וואָס איך האָב געווען ווען עס איז געזעהן. פֿון דער היים איז ער געווען אי אַ למדן, אי אַ מאָדערן געבילדעטער, און ער האָט שטענדיג געהאַלטען אין לער-נען עפּעס. האָט ער דורכגעהאַט די לאַטיינישע ליטעראַטור, האָט ער זיך גענומען צו דער גריכישער, צו דער סאַנסקריטישער. איז ער פֿאַרטיג געוואָרען מיט שפּינאָזאַ'ס ווערק, האָט ער אָנגע-הויבען צו לעזען קאַנט'ס.
331ער האָט געהאַט אַ וואונדערבאַרען זכּרון און וואונדערבאַרע פֿעהיגקייטען צו באַנעהמען אָן ענין און אָן אַריינצודרינגען אין איהם. דאָס וואָס ביי דעם דורכשניטליכען מענשען געדויערט מאָנאַטען, פֿלעגט זיין מוח באַזיגען אין עטליכע טעג. מיט דיזער האַסט האָט ער דורכגעהאָט שעקספּיר'ס ווערק אין אָריגינאַל, איידער ער האָט געוואואינט ווי אַזױ מען דאַרף אױסריידען די ענגלישע ווערטער. ער האָט זיי פּשוט אױסגעשפּראָכען אױפֿ'ן אידישען אָדער רוסישען שטייגער. און אױף דיזען אופֿן האָט ער געקענט זאָגען הונדערטער פֿידזשעם שעקספּיר אױף אױסווייניג. אַן ענגלענדער אָדער אַמעריקאַנער וואָלט ניט אָנגעהויבען צו פֿאַר-שטעהן אַ וואָרט.
יעדעס מאָל ווען איך פֿלעג איהם זעהן, פֿלעג איך איהם „קיבעצען": „נו, צו וואָס פֿאַר אַ נייער ליטעראַטור אָדער פֿילאָ-זאָפֿיע נעמט איהר זיך איצט?" און ער פֿלעגט ענטפֿערען גאַנץ געלאַסען, אָהן אַ שפּור פֿון באַריהמעריי, אַזױ ווי ער וואָלט מיר געזאָגט ווי שפּעט עס איז:
— די אַראַבישע ליטעראַטור פֿון דעם 11טען יאָהרהונדערט.
אַליין איז ער געווען אַ וויטעבסקער, ער האָט אָבער אין די יונגע יאָהרען עמיגרירט קיין זיד-רוסלאַנד, און דאָרטען איז אױסגעוואַקסען זיין פֿאַמיליע. די וויטעבסקער אױסשפּראַך איז ביי איהם פֿאַרבליבען, און ווען מיר פֿלעגען זיצען און שמועסען, פֿלעג איך כּמעט אימער געדענקען אַז זיינע האַרטע ר'ען זיינען וויטעבסקער ר'ען.
ביים ברעג פֿון שטעדטעל איז געווען אַ וועלדעלע, און דאָר-טען איז די לופֿט געווען אַזױ רייך און אַזױ געשמאַק, אַז אָטעמ-דיג פֿלעגט זיך מיר דוכטען, דאָס איך זױף אַ צױבער געטראַנק, פֿון וועלכען איך ווער מיט יעדער סעקונדע קרעפֿטיגער און לע-בענס-לוסטיגער.
איינער פֿון מיינע פֿאַרגעניגענס איז געווען צו באַזוכען די טשיקען-פֿאַרם פֿון דער אַגריקולטור שול — צו זעהן, ווי עס ברײהען זיך הינדעלעך מיט דער הילף פֿון קינסטליכער וואַרימקייט. עטליכע מייל פֿון וואָדבעין איז געווען אַ ריזיג גרױסע טשיקען-332פֿאַרם, איינע פֿון די גרעסטע אין די מזרח-שטאַטען. האָב איך איהר באַזוכט אַ פּאָר מאָל. צעהנדליגער טױזענדער הינדעלעך, אַלע ווייסענקע. ווי אַ שנעע-קלאָרע וואָלקען-מאַסע האָבען זיי זיך אַרומגעצאַפּעלט און אַרומגעכוואַליעט.
איך פֿלעג באַזוכען אַרומיגע פֿאַרמערס, אַ פּאָר אידישע און אַ פּאָר אַמעריקאַנער. ניט ווייט פֿון וואָדבעין געפֿינען זיך אַנ-דערע אידישע קאָלאָניעס — קאַרמעל, אַלייענס, די וואָס זיינען געגרינדעט געוואָרען מיט דער הילף פֿון מיכאל האָלפּערין (זעה צווייטען באַנד, פֿידזש 135), האָב איך זיי אַמאָל באַזוכט.
אױפֿ'ן וועג אַהין זיינען מיר דורכגעפֿאָהרען דורך אַ פֿאַר-לאָזענעם דאָרף — אַ גרופּע פּוסטע הייזער, פֿון וועלכע עס האָ-בען גענומען שפּראָצען אינטערעסאַנטע לעגענדעס, פֿאַנטאַסטישע.
ווען איך בין אָפּגעווען אין וואָדבעין ביי פֿיר מאָנאַט, האָט מיך באַזוכט אַ קאָמיטע פֿון „פֿאָרווערטס אסאָסיאיישאָן". די קאָמיטע איז באַשטאַנען פֿון טש. ראַיעוואָסקי*, מאַרקוס יאַפֿע (ניט קיין פֿאַרוואַנדטער פֿון דעם אױבען-דערמאָנטען יאַפֿע) און ב. קאַזאָווסקי. דער „פֿאָרווערטס" האָט דאַן געהאַט צוויי רעדאַקטאָרען, און ראַיעוואָסקי איז געווען איינער פֿון זיי. (איין טייל פֿון דער צײ-טונג האָט רעדאַקטירט ליעסין.) יאַפֿע איז געווען דער הויפּט מענעדזשער, און ביקאָווסקי — דער מענעדזשער פֿון „פֿאָרווערטס" אָפֿיס אין פֿילאַדעלפֿיא, וועלכע געפֿינט זיך פֿאַרהעלטניסמעסיג ניט ווייט פֿון וואָדבעין.
זיי האָבען מיר אױפֿמערקזאַם געמאַכט אױף דעם פֿאַקט, אַז די רעפֿאָרמען, וועלכע איך האָב אַריינגעבראַכט, האָט מען ניט באַזייטיגט; אַז מען פֿיהרט דעם „פֿאָרווערטס" נאָך מיינע גע-דאַנקען נאָך; אַז די „קענגערוס" האָבען אַ טייל פֿון דעם קאָנ-טראָל; אָבער אַז מען מאַכט קאָמפּראָמיסען און מען קומט ווי333עס איז אױס. מען האָט געוואָלט אָפּשאַפֿען אַלע „לייכטע אַרטיק-לען", אָבער די אַלטע „פֿאָרווערטסיסטען" האָבען זיך געשטעלט דאַגעגען, אַפֿילו די, וואָס האָבען מיין סיסטעם פֿריהער שטאַרק באַקעמפֿט. איצט אַלזאָ האָט די אסאָסיאיישאָן געשיקט צו מיר דיזע קאָמיטע מיך איינצולאַדען צו שרייבען פֿאַר דער צייטונג.
זיי האָבען צוגעלייגט, אַז מילער האָט זיי געבעטען מיר אי-בערגעבען, אַז ער האָט פֿאַר דעם פֿאָרשלאַג געשטימט „מיט ביידע הענט".
דער רעזולטאַט איז געווען, אַז איך האָב אָנגעהויבען צוצו-שיקען אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס" — צוויי לייט-אַרטיקלען און צוויי אָדער דריי אַנדערע אַרטיקלען אַ וואָך.
דער שטאַאַט ניו-דזשוירזי האָט אַ שם מיט זיינע מאָסקיטאָס (קאָמאַרען), און אין יענע יאָהרען האָט מען זיי אַ סך ווייניגער פֿאַרפֿאָלגט און זיי זיינען געווען פֿיל טעטיגער ווי היינט. אַלזאָ, ווען עס איז געוואָרען נאָהענט צו פֿריהלינג, האָב איך זיך באַ-שלאָסען אַריבערצומופֿען אין אַ געגענד, וואו מען איז פֿריי פֿון זיי. איך האָב ביי זיך אָפּגעמאַכט אין קאָנטרי צו פֿאַרברענגען דעם זומער אױך, און אױב עס וועט זיין נױטיג, נאָך מעהר, — ביז איך וועל דורכפֿיהרען דעם ליטעראַרישען פּלאַן, וואָס איך האָב זיך אָנגעצייכענט.
אין מיטען אַפּריל — פֿאַר פּסח — בין איך פֿון וואָדבעין אַריבערגעפֿאָהרען קיין ניו-מילפֿאָרד, קאָננעטיקוט — אַ שטעדטעל פֿון אַרום זיבען טױזענד איינוואוינער, דורכאױס אַמעריקאַנער. דאָרטען האָב איך געפֿונען אַ גוטען פּלאַץ אױף אַ באַרג, אין אַ שעהנער, גרױסער געביידע, וועלכע איז פֿריהער געווען אַ פּריוואַט שול פֿאַר רייכע אינגלעך. איצט איז דאָרטען געווען אַ זומער האָטעל.
אַזױ ווי איך בין אַהין געקומען מיט צוויי-דריי מאָנאַט פֿאָר'ן334וואַקאַציע סעזאָן, בין איך דאָרטען עטליכע וואָכען געווען דער איינציגער באָרדער.
ניו-מילפֿאָרד איז שעהן אַלס אַ שטעדטעל. דער אַרומיגער געגענד איז אָבער אױך שעהן, און דער באַרג אױף וועלכען עס איז געשטאַנען דער זומער-האָטעל, געפֿינט זיך ביי אַ ברעג פֿון ניו-מילפֿאָרד. די נאַטור אַרום-און-אַרום איז אינטערעסאַנט. פֿעל-דער, לאָנקעס, וועלדלעך, פֿאַרמס, אַ טייכעלע. און ביי דער אַנ-דערער זייט פֿון דער שטעדטעל, אַביסעל ווייטער פֿאַר'ן וואָקזאַל, געהט דער הוסאַטאָניק טייך; און ביי זיינע ברעגעס — ווידער לאָנקעס, ווידער פֿעלדער, ווידער נאַטור-בילדער.
דער באַרג, אױף וועלכען עס איז געשטאַנען דער זומער-האָטעל, איז געווען אַ גאָרטען פֿול מיט בוימער, פֿעלד-קווייטען און פֿױגעל. פֿאַרשידענע מינים פֿױגעל באַצירען און באַלעבען דעם גאַנצען געגענד.
דאָס איז אַ טייל אַ פֿון דעם גרױסען טאָל, וואו עס געפֿינען זיך קאָננעטיקוטער טאַבאַק-פֿאַרמס, און איין פֿאַרם אַזעלכע, ניט קיין גרױסע, איז געלעגען אונטען, אונטער דעם באַרג, אױף וועל-כען עס איז געשטאַנען מיין באָרדינג-הויז.
דאָ האָב איך גענומען שטודירען פֿױגלעך מיט אַ נייער התמדה. פֿיר שטונדען אַ טאָג פֿלעג איך זיך מיט דעם אָפּגעבען. איך האָב געקױפֿט אַ פּאָר ראָבערנע שטיוועל און פֿינף פֿאַרטאָג פֿלעג איך שױן אַרומבראָדזשען, מיט אַן אָפּעראַ-גלעם אין האַנט, איבער לאָנקעס און פֿעלדער, דורך זומפּען און וועל-דער, פֿון דער זייט שטאָדט, פֿון יענער זייט שטאָדט. און שפּעט נאָכמיטאָג ווידער.
די איינוואואינער פֿון ניו-מילפֿאָרד האָבען געמיינט אַז דאָס איז מיין ספּעציאַליטעט, און ריידענדיג וועגען מיר, פֿלעגען זיי מיך רופֿען „דהי בוירדמען" (פֿױגעל-מאַן).
אַ גן-עדן'דיגער צייט-פֿאַרטרייב! די אַמעריקאַנער פֿױגע-לעך זיינען ניט אַזעלכע באַגאַבטע מוזיקער ווי דער איריאָפּעאישער סאָלאָווי אָדער קאַנאַריק. דאָ זיינען אָבער פֿאַראַן פֿילע אַנ-דערע מינים, וועלכע עס איז כדאי צו הערען. די פֿאַר מעַנער פֿון דעם אַמעריקאַנער „טהראַש" אָדער פֿון דעם רויט-ברוסטיגען335„גראָסביק" ריידען צו מיין פֿאַנטאַזיע מעהר ווי דער גאַנצער קאָנצערט פֿון דער נאַכטיגאַל אָדער קאַנאַריק (אפֿשר איז דאָס דערפֿאַר, וואָס מיט די אירעאָפּעאישע געזאַנג-פֿױגעל בין איך קיינמאָל נאָהענט ניט באַקאַנט געוואָרען), און פֿון אייניגע אַמע-ריקאַנער פֿױגלעך באַקומט מען טאַקע אַ גאַנצען נגון אַ פּרעכ-טיגען.
אמאָל איז אַן איינפֿאַכער אױסרוף גענוג אײך צו פֿאַרשאַפֿען אַ פֿאַר'שיכּור'ענדען תענוג.
איהר שטעהט לעבען אַ שטח פֿון בלימעלעך — געלע, ווייסע, פֿיאָלעטענע. עס איז נאָך זעהר פֿריה. דאָס פֿעלד איז איינגע-טונקען מיט טהױ; און אָט, אַ פּאָר טריט פֿון אײך ציהען זיך באַגראָזטע זומפּען און לוזשעם באַדעקט מיט וואַסער-ליליען. פֿון אַ בוים ערגעץ-וואו, ניט ווייט דערביי, הערט זיך אַ פֿאַרצויגענער „קראָ-קראָ-אַ-אַ-אַ"! אַ מינוט שפּעטער נאָך אמאָל דאָס זעלבע. אַ זאַנפֿטער, אַ פֿאַרטראַכטער, אַ פֿילאָזאָפֿיש-געהיימניספֿולער אױסגעשריי...
איהר הערט זיך צו, און איהר ווערט אױך אין געהיימניסען פֿאַרטראָגען.
איהר ווייסט, אַז דער „קראָ-קראָ-אַ-אַ-אַ"! קומט פֿון אַ שוואַרצען פֿױגעל, וואָס האָט רויטע „עפּאָלעטען" אױף די פֿליי-צעם — אַ גאַנץ געוועהנליכע באַשעפֿעניש מיט אַ גאַנץ גע-וועהנליכען געשריי. און דאָך פֿאַרווייגט דאָס אײך אין הימעל אַ טרוים.
אין דער פֿריה אָדער פֿאַרנאַכט צולאָזען זיך אַלע פֿױגעלעך מיט אמאָל. איז דאָס אַ כאָר אָדער אַן אָרקעסטער? איהר דערקענט יעדען קול, אָון זיי זיינען אײך אַלע ליב, יעדער באַ-זונדער און אַלע צוזאַמען.
מיט פֿױגלעך האָב איך זיך אָנגעהויבען צו אינטערעסירען עטליכע יאָהר פֿריהער, ווען איך האָב גענומען פֿאָהרען אױף וואַקיישאָן אין די קעטסקילל בערג, אָבער אױף וואַקיישאָן פֿלעג איך פֿאָהרען אין אױגוסט, און אייניגע מינים פֿױגעל זינגען שױן דאָן ניט מעהר, אָדער זיי פֿאַרשווינדען אינגאַנצען. די בעסטע צייט336צו שטודירען פֿױגעל איז אין אין פֿריהלינג, ווען זיי בויען זייערע נעס-טען, און ווען די צוקונפֿטיגע מוטערס בריהען די אייעלעך, און שפּעטער, ווען עס ווערען געבוירען און האָדעוואָן זיך די קינ-דער. אין וואָדבעין בין איך געווען און ווען דער פֿריהלינג האָט זיך אָנגעהויבען צו באַווייזען. דאָרטען האָב איך געזעהן נאָר עטליכע מינים, מייסטענס אַזעלכע, וואָס זיינען דאָרטען געווען אַ גאַנצען ווינטער אױך.
אין ניו-מילפֿאָרד, האָב איך צום ערשטען מאָל דערפֿיהלט דעם אמת'ן טעם פֿון פֿריהלינג.
אין די פֿױגעל-ביכער האָט איהר געלעזען (און געזעהן די בילדער) פֿון מינים, וועלכע איהר האָט נאָך קיין מאָל אין דער ווירקליכקייט ניט געזעהן. אייניגע פֿון זיי זיינען רייך-באַפֿאַרבט, און זייער געזאַנג איז אױך שעהן. ווען איהר דערקענט אַזאַ פֿױגעל, ציטערט דאָס האַרץ ביי אײך פֿאַר תענוג.
אין דעם צוויטען באַנד (פֿײדזש 121) ווערט דערמאָנט ווי, זייענדיג אַ שילער אין אַ ניו יאָרקער סקול, האָב איך אמאָל גע-הערט ווי די קינדער לעזען וועגען אַ „באַבאָלינק". לעבעדיגע באַבאָלינקס האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן און געהערט דאָ, אין ניו-מילפֿאָרד. און מיט וואָס פֿאַר אַ שׂמחה איך האָב זיי דערקענט! זיי האָבען ניט קיין רייכע קאָלירען; זיי זיינען אָבער דאָך אינטערעסאַנט, און טענער האָבען זיי ווי פֿון אַ קלאַרנעט. ווי אַ פֿאַרהיפּנאָטיזירטער בין איך נאָך זיי נאָכגע-לאָפֿען. אָבער אין מיטען יוני ווערען זיי שױן אַנטשוויגען.
מיט עטליכע און פֿופֿציג מינים אַמעריקאַנער פֿױגעל בין איך באַקאַנט געוואָרען. פֿילע פֿון זיי זיינען רייך געקליידעט. אייניגע סענסאַציאָנעל שעהן; אַנדערע אמת שעהן. איין מין אין פֿלאַמענד-רויטע פֿעדערען; אַ צווייטער, אין צױבערליך-בלױע; אַ דריטער, אין גאָלד-געלע; אַ פֿערטער האָט אַ העל-געלע ברוסט. ניט אַלע מינים קענט איהר זעהן אין דעם זעלבען פּלאַץ — פֿלעג איך געהן פֿון איין אָרט אױפֿ'ן צווייטען, ביז איך בין באַקאַנט געוואָרען מיט דעם געגענד אױף פֿינף מיילען אַרום.
אין מיין געבורטס-לאַנד זיינען די פֿױגעל מיר געווען פֿרעמד,337איך האָב געוואואסט זייערע נעמען — פֿון דער רוסישער ליטע-ראַטור — אָבער ווי די אָדער יענע זעהט אױס און וואָס פֿאַר אַ געזאַנג זי זינגט, וועגען דעם האָב איך קיין באַגריף ניט געהאַט.
איך האָב זיך אױך אינטערעסירט מיט די בלימעלעך. יעדען מאָנאַט באַווייזען זיך אייניגע נייע, און אייניגע פֿון די פֿריהער-דיגע פֿאַרשווינדען. וואָס פֿאַר אַ פֿאַרשידענאַרטיגקייט פֿון פֿאַר-בען און פֿאָרמען! איהר קוקט אַריין אין אייער בלומען-בוך. איהר לעזט וועגען די פֿאַרשיידענע קווייטען, וואָס באַווייזען זיך אין אַפּריל, אין מאַי, אין יוני. עס איז מאַי. איהר האָט שױן אַלע קווייטעלעך פֿון דעם מאָנאַט געזעהן, אױסער דריי. איהר געהט אַרום איינגעבויגען און זוכט. איהר קענט ניט רוהען ביז איהר וועט זיי דערזעהן, און זיך איבערצייגען, אַז איהר האָט ניט קיין טעות. דער קאַרק טוט אײך וועה, אומגעהענדיג אַזױ. איהר קענט אָבער ניט אױפֿגעבען. ס'איז פּונקט אַזאַ קליפּה ווי צו זוכען אַ פֿױגעלע...
לעבען דעם האָטעל איז געווען אַ גאָרטען פֿון גרינסען. פֿלעג איך אין דער פֿריה שטעהן און קוקען ווי דער באַלעבאָס פֿלאַנצט אַין סווייט-קאָרן (קוקורוזע), סקוואַש, קאַרטאָפֿעל, טוירניפּס (ריבען), מעערען, אַרבעס, מאָן. דערנאָך פֿלעג איך עטליכע מאָל אַ טאָג צוגעהן זעהן ווי עס וואַקסט.
איך האָב ליב געהאַט צו זעהן, ווי מען אַרבייט אױף דער טאַבאַק פֿאַרם, דאָרטען, אונטער'ן באַרג, ווי עס הויבען זיך אָן באַ-ווייזען די ברייטע בלעטער.
פֿון דער הויפּט געביידע האָב איך זיך אַריבערגעקליבען אין אַ באַזונדערע הויז, וועלכע איז געשטאַנען אַביסעל אָן אַ זייט, אױך אין אַ פּרעכטיגען ווינקעל. דאָרטען איז מיר געווען רוהיגער צו שרייבען, לעזען, אַרומשפּאַצירען און טראַכטען.
מיינע צוויי פֿענסטער זיינען געווען פֿאַרצויגען מיט אַ סקרין (אַ דראָטענע סיעטקע). ביינאַכט פֿלעגט מיין לאָמפּ צו-ציהען אָהן אַ צאָהל „זומער פֿױגעלעך" (שמעטערלינגען). אייניגע338פֿלעגען זיך דורכשפּאַרען דורך דעם געדיכטען דראָטענעם נעץ, און פֿאַלען אױף מיין שרייב-פּאַפֿיר אָדער בוך. אַ גאַנצער שנעע פֿון פֿליגעלעך, זומער-פֿױגעלעך, פֿלעגט אָנפֿאַלען, צוערשט פֿלעגט דאָס מיך ערגערען. דערנאָך איז דאָס מיר געוואָרען אינטערעסאַנט.
כמעט יעדע אַמעריקאַנער שטעדטעל פֿון עטליכע טױזענד איינוואואינער האָט איהר צייטונג — מייסטענס אַ וואָכענבלאַט. ניו-מילפֿאָרד איז ניט געווען קיין אױסנאַהם. בין איך באַקאַנט געוואָרען מיט'ן רעדאַקטאָר. דורך אַ צופֿאַל איז דאָס געווען. איין מאָל, ווען איך בין געווען אױף פּאָסט, האָב איך געהערט ווי אַן אַמעריקאַנער מאַכט אַן אַנטי-רעליגיעזע באַמער-קונג צו אימעצען. אין אַן עכט אַמעריקאַנישע שטעדטעל איז דאָס געווען אַן אונגעוועהנליכע זאַך. האָב איך זיך פֿאַראינטע-רעסירט. מיר האָבען זיך צורעדט, און אױף מאָרגען, זונטאָג, בין איך ביי איהם געווען צו דינער.
ער פֿלעגט מיך אָפֿט באַזוכען און איך פֿלעג אָפֿט אַריינ-קומען אין זיין דרוקעריי. אמאָל פֿלעגען מיר געהן שפּאַצירען צוזאַמען. ער פֿלעגט מיר דערצעהלען וועגען די איינוואואינער, וועגען די אַרומיגע פֿאַרמערס. און ער האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אייניגע פֿון די ניו-מילפֿאָרדער בעלעבאַטים.
אין שטעדטעל האָט זיך געפֿונען אַ פּריוואַט שול פֿאַר מייד-לעך פֿון רייכע עלטערען פֿון פֿאַרשיידענע שטעדט. האָט דער רעדאַקטאָר מיך באַקאַנט געמאַכט מיט דריי פֿון די לעהרער. אױף דיזען אופֿן האָט זיך ביי אונז צוזאַמענגעשטעלט אַ גרופּע און מיר פֿלעגען אָפֿט פֿאַרברענגען אַן אָוונד צוזאַמען.
די צייטונגען קומען אַהין פֿון ניו יאָרק דעם זעלבען פֿריה-מאָרגען. איין מאָל האָב איך איבערגעלעזען אַ דעפּעשע, אַז אין קעשענעוו, רוסלאַנד, איז פֿאָרגעקומען אַ שרעקליכער פּאָגראָם. עטליכע צעהנדליגער אידען זיינען ערמאָרדעט געוואָרען, און די קרבנות האָט מען אָנגעטאָן שוידערליכע נגישות. דאָס איז גע-339ווען סוף אַפּריל, ווען איך בין אין ניו-מילפֿאָרד אָפּגעווען ביי צוויי-דריי וואָכען. אױף מאָרגען זיינען אָנגעקומען נאָך שטוי-נענדע איינצעלהייטען וועגען מערדערייען איבער געשענדעטע פֿרויען, וועגען שוואַנגערע, וועלכע מען האָט אױפֿגעשניטען און אָנגעשטאָפּט מיט פֿעדערען און מיט טשוועקעם; וועגען צורי-סענע אידישע עופֿה'לעך.
איך בין אומגעגאַנגען ווי אַ צומישטער. איך האָב זיך פּלוצלינג דערפֿיהלט עלענד אין ניו-מילפֿאָרד. מיט דעם נעקסטען צוג בין איך אַוועקגעפֿאָהרען קיין ניו יאָרק זעהן זיך מיט אידען, ריידען וועגען די גרױלען פֿון קעשענעוו.
עטליכע טעג האָב איך אַזױ פֿאַרבראַכט אין ניו יאָרק. גאַנ-צענע טעג האָב איך געשמועסט מיט גענאָסען וועגען דער אונ-גלױבליכער שחיטה, וועגען קרושעוואָנען, דעם רציחה-וואָנזיניגען אשמדאי.
איך האָב פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" אױפֿגעשריבען אַ לייט-אַר-טיקעל וועגען דעם פּאָגראָם. אייניגע פֿון די גענאָסען האָבען איהם געלױבט. אַנדערע, הױפּטזעכליך פֿון די „קענגערוס", האָבען גע-זאָגט, אַז ער איז צו אידיש.
מאַרקוס יאַפֿע און אַנדערע גענאָסען האָבען מיך גענומען צורײדען ווידער איבערצונעמען די רעדאַקציע. איך האָב ניט גע-וואָלט הערען דערפֿון. איך בין געווען פֿאָלשטענדיג צופֿרידען מיט מיין לאַגע אַלס אַן אױסערליכער מיטאַרבייטער און בין גע-ווען פֿאַרטאָן אין מיין בעלעטריסטיק.
איך האָב זיך אומגעקערט קיין ניו-מילפֿאָרד.
ווען עס זיינען אָנגעקומען די הייסע טעג און עס האָט זיך אָנגעהויבען דער וואַקאַציע-סעזאָן, איז דער האָטעל ביסלעכווייז אָנגעפֿילט געוואָרען מיט געסט. אַלע, אױסער צוויי פֿרויען, זיינען געווען קריסטען. עס האָט זיך פֿאַנאַנדערגעבליהט דער „זומער-באָרדער" לעבען. עס זיינען געווען אַ פֿאָר פּיקאַנטע טי-פּען, סיטואַציעס, באַציהונגען, סצענעס, אינטריגען.
אייניגע פֿון די געסט האָבען זיך אױך אינטערעסירט מיט פֿױ-
340געלאַך, און איין פֿרױ האָט וועגען דעם ענין געוואואסט מעהר ווי איך. האָבען מיר עטליכע מאָל צונױפֿגעשטעלט „בױרד-פּאַרטיס" — זיך אַוועקגעלאָזען בעאָבאַכטען די פֿליהענדע באַ-שעפֿענישען צוזאַמען.
אױף אַ פּאָר וואָכען איז צו מיר געקומען מיין פֿרױ. איך בין אין ניו-מילפֿאָרד פֿאַרבליבען ביז'ן סוף זומער.
דערנאָך האָב איך זיך אומגעקערט קיין ניו-יאָרק. מיר האָ-בען זיך באַזעצט אין אַ גרױסען פֿױרנישד רום, ווידער אױף 17-טער סטריט, ביי דעם סטיוועסענט פּאַרק.
גענאָסען האָבען מיט מיר ווידער אױפֿגענומען די פֿראַגע וועגען מיין ווערען צוריק רעדאַקטאָר. פֿאַרשיידענע מיטגלידער פֿון דער „אסאָסיאיישאָן" האָבען זיך צו מיר געוואָנדעט וועגען דעם. צווישען זיי איז געווען יאָזעף באַראָנדעס, וועלכער איז איצט געווען דער ליבאַר עדיטאָר פֿון „פֿאָרווערטס". איך געדענק אױך אַ לאַנגען געשפּרעך, וואָס מיט מיר האָבען געהאַט וועגען דעם ענין מאַיר גילים און שעהנבערג.
איך האָב אַבסאָלוט קיין חשק ניט געהאַט אין דער ראָלע ווידער אַריינצוטרעטען. די באַגייסטערונג מיט וועלכער איך האָב מיט אַ יאָהר פֿריהער געאַרבייט פֿאַר דער אױפֿבױיאונג פֿון דער צייטונג איז אָפּגעסיהלט געוואָרען. שרייבען פֿאַר איהר איז מיר געווען זעהר אנגענעהם, אָבער נאָר אַלס אַ מיטאַרבייטער פֿון דרוי-סען. פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון מיינע פּערזענליכע אינטערע-סען האָט דאָס מיך געשטעלט אין דער בעסטער לאַגע. מיר האָבען געלעבט זעהר באַשיידען, און עס איז פֿאַר אונז געווען גענוג. פֿון „פּאָט באָילערס" בין איך געווען פֿריי; אױף ליטע-ראַרישע אַרבייט אױף ענגליש איז מיר געבליבען גענוג צייט. און בלייבענדיג פֿון דרויסען בין איך געווען ווייט פֿון אינערליכע פּאַרטי-סכסוכים, אין אַ רוהיגען געמיתֿ פֿאַר מיינע בעלעטריס-טישע אױפֿגאַבען.
אין דער אסאָסיאיישאָן האָבען זיך איצט געפֿונען אייניגע341פֿון די „קענגערוס", און זיי זיינען געווען פֿיינדליך צו מיין ריכ-טונג. זיי זיינען געווען „מעהר סאָציאַליסטיש", „מעהר רעוואָ-לוציאָנער", ווי זיי פֿלעגען דאָס רופֿען. ביי מיר האָט דאָס אָבער געהייסען מעהר טרױמעריש און ווייטער פֿון אַ וועג, וואָס פֿיהרט צו ממשות'דיגע רעזולטאַטען.
אַלע האָבען מיר פֿאָרזיכערט, אַז אין דעם מאָמענט ווען איך טרעט אַריין אין דער רעדאַקציע, ווען דער שטאַנדפּונקט פֿון די „קענגערוס" פֿאַרשווינדען, אַז קיינער וועט ניט האָבען די מאַכט אָדער דעם ווילען מיר צו שטערען. אָבער דאָס איז שױן ביי מיר ניט געווען די וויכטיגסטע פֿראַגע. עס האָט מיך איצט סתם ניט געצויגען צו נעמען אױף זיך די פֿאַראַנטוואָרטליכקייטען פֿון אַ רעדאַקטאָר. אַ פֿרייער געמיתֿ און אַ סך פֿרייע, פֿרידליכע לי-טעראַרישע אַרבייט — דאָס איז ווידער געוואָרען דער אידעאַל פֿון מיין פּערזענליכען לעבען.
קיין פֿינאַנציעלע גליקען האָב איך פֿון מיין ליטעראַרישער קאַרירע ניט ערוואַרט. געלט האָט מען געקענט מאַכען נאָר פֿון שרייבען ערצעהלונגען, ראָמאַנען אָדער פּיעסען פֿון אַ בילינגערען סאָרט, און פֿון אַזאַ סאָרט ליטעראַטור האָב איך אַפֿילו ניט גע-קענט דענקען. איך וואָלט גיכער ווידער אָנגעהויבען צו שטו-דירען לאָאַ אָדער זיך גענומען צו ביזנעס. דער סאָרט ליטעראַ-טור ווידער, וועלכער האָט מיך באַצויבערט, האָט געבראַכט אַ גאַנץ באַשיידענעם איינקונפֿט.
סטיוועזן קרעין האָט פֿון זיין שרייבען קיין גרױסע פֿאָרדינס-טען ניט געצויגען, און פֿראַנק נאָרריס'ן (אַן אַנדער טאַלאַנטפֿולער יונגער שריפֿטשטעלער, וועלכער האָט אין יענע יאָהרען געקראָגען אַ גרױסען נאָמען) האָט זיין פֿעדער אױך ניט געבראַכט קיין באַ-דייטענדען איינקונפֿט.
היינט געפֿינט זיך די ליטעראַטור אין אַמעריקאַ אין פֿיל גינס-טיגערע אומשטענדען ווי דאַן, און דאָך וואָס זעהען מיר? רייך לעבען נאָר שונד-שרייבער. טהעאָדאָר דרייזער, ווידער, האָט אין פֿאַרלױף פֿון די ערשטע צוואָנציג יאָהר פֿון זיין ליטעראַרישער טע-טינקייט — שױן מיט אַ גרױסען נאָמען — פֿאַרדינט זעהר וויי-342ניג. ערשט נאָכדעם, ווי עס איז ערשינען זיין „אַמעריקאַנער טראַגעדיע" און עס איז מיט דעם ווערק געוואָרען אַ סענסאַציע דורך דער טעאַטער וועלט און מואוווינג-פּיקטשור וועלט, וועלכע האָבען ביי איהם אָפּגעקויפֿט דאָס רעכט דעם מאָרד-ראָמאַן צו געברױכען פֿאַר זייערע צוועקען, ערשט דאָן האָט ער דערזעהן אַ גרױסע סומע.
מיט אַ פֿערטעל יאָהרהונדערט פֿאַר דער צייט ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, האָט מען פֿון דעם סאָרט ליטעראַטור, מיט וועלכען איך האָב זיך אינטערעסירט, און דערצו נאָך פֿון ליטעראַטור פֿון אידישען לעבען, געקענט באַקומען מעהר נאָמען ווי פּרנסה.
מיין פֿרױ און איך האָבען אָבער קיין סך ניט געפֿאָדערט. שרייבענדיג פֿאַר די זשורנאַלען בעלעטריסטיק און אַרטיקלען, און פֿון צייט צו צייט אַרױסגעבענדיג אַ בוך, וואָלט איך געהאַט גענוג. און אַזאַ באַשעפֿטיגונג וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ קוואַל פֿון דער העכסטער גייסטיגער צופֿרידענהייט.
איך בין בערייט געווען דערביי צו שרייבען פֿאָר'ן „פֿאָר-ווערטס" דעם גאַנצען לעבען. דאָס איז געווען אַ קוואַל פֿון גייסטיגע צופֿרידענשטעלונג פֿון אַן אַנדער סאָרט. נעמען אָבער אױף זיך די פֿליכטען פֿון אַ „פֿאָרווערטס" רעדאַקטאָר — דאָס האָט שױן געהאַט אַן אַנדער זין.
עס האָט מיך זעהר ניט געצויגען צום רעדאַקטאָר-שטול. און דאָך האָט מיך יאָ געצויגען. איך האָב אױבען געזאָגט, אַז די באַגייסטערונג פֿאַר'ן אױפֿבױיען דעם „פֿאָרווערטס" איז אין מיר אָפּגעסיהלט געוואָרען. אָבער ניט אינגאַנצען. מינוטען-ווייז פֿלעגט זיך דער צױבער ווידער לאָזען פֿיהלען. דער גלענצענדער ער-פֿאָלג פֿון יענע מאָנאַטען, ווען איך האָב איינגעפֿיהרט מיינע רעפֿאָרמען, האָט מיך גערייצט.
דער סוף איז געווען, אַז איך האָב ווידער ערלױבט פֿאָרצו-ברענגען מיין נאָמען פֿאַר דער „פֿאָרווערטס אסאָסיאיישאָן". איך בין ווידער ערוועהלט געוואָרען איינשטימיג, און ווידער מיט „אַבסאָלוט פֿול פֿאַוער" (מיט אַן אַבסאָלוט פֿרייע האַנט).
איך האָב זיך ווידער אַריינגעוואָרפֿען אין דער צייטונג
343מיט לייב און לעבען, און מעהר איז שױן מיין טעטינקייט אַלס דער פֿיהרער פֿון „פֿאָרווערטס" ניט אונטערבראָכען געוואָרען. מען קען אייגענטליך צורעכענען אױך דעם יאָהר וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין וואָדבעין און אין ניו-מילפֿאָרד, וואָרים מיט דער אױסנאַהמע פֿון דריי-פֿיר מאָנאַט האָב איך די גאַנצע צייט צוגע-שיקט עטליכע אַרטיקלען יעדע וואָך, און די רעפֿאָרמען, וועלכע איך האָב איינגעפֿיהרט זיינען — אין אַלגעמיין גענומען — אױפֿגעהאַלטען געוואָרען אין מיין אַבוועזענהייט אױך.
איצט האָב איך זיך פֿאַר דער אױפֿבױיאונג פֿון „פֿאָרווערטס" גענומען מיט אַ נייער ענערגיע, מיט נייע פּלענער, און מיט נייע טהעמעס פֿאַר די מיטאַרבייטער און פֿאַר זיך אַליין.
[ז׳ 312] אייזערנע גאַניקלאַך אױף צו ראַטעווען זיך פֿון אַ שרופֿה.
[ז׳ 313] מזרח-זייט. די מזרח-זייט פֿון דער שטאָדט ניו-יאָרק, ריכטיגער געזאָגט, אַ געוויסע טייל פֿון איהר, וועלכע איז געדיכט באַזעצט מיט אידישע אימיגראַנטען און איז אַ לאַנגע צייט געווען כמעט דער איינציגער אידישער קוואַרטאַל. היינט זיינען אין גרױס-ניו-יאָרק פֿאַראַן עטליכע גרױסע אידישע קוואַרטאַלען.
[ז׳ 314] אַ שכנ'טע וואָס וואױנט מיט אייך אַ טיר ביי אַ טיר.
[ז׳ 315] אױב אַ הױז האָט עטליכע טרעפּלאַך פֿון פֿראָנט, רופֿט מען די דאָזיגע טרעפּלאַך „סטופּ", (דער וואָרט שטאַמט פֿון די צייטען, ווען ניו-יאָרק איז געווען אַ האָללאַנדישע שטאָדט און האָט געהייסען ניו אַמסטערדאַם). „וואואינען אױפֿ'ן סטופּ" הייסט אין אַמעריקאַנער אידיש, אַז די דירות געפֿינט זיך אױפֿ'ן אונטערשטען עטאַזש צו דער גאַס צו, גלייך ווי מען קומט אַרױף מיט די עטליכע טרעפּ. אָפֿט, אין די אַלטע מױערען, געפֿינען זיך דירות, און אַמאָל אַ קראָם, אונטער'ן „סטופּ" אױך.
[ז׳ 321] די ערשטע איז געווען געדרוקט אין „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 15טען יולי, 1902; די צווייטע אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון 22טען יולי, 1902.
[ז׳ 325] עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקען, אַז דער דעליאַניסטישער „אַבענד-בלאַט" האָט זיך ענטזאָגט דעם אַדווערטײזמענט אַרױסצואווואַר-פֿען. זיין ערקלעהרונג איז געווען, אַז די סיגאַרעטען יוניאָן געהערט ניט צו דעליאָנ'ס „סאָשעליסט טרייד ענד לייבאָר עלליִענס"; דעריבער איז זי קיין יוניאָן ניט.
[ז׳ 330] וועגען דער ליטעראַרישער אַרבייט אױף ענגליש, מיט וועלכער איך האָב זיך באַשעפֿטיגט נאָך מיין אומקעהרען זיך צום „פֿאָרווערטס", וועט דערצעהלט ווערען אין אַן אַנדער באַנד.
[ז׳ 332] דער זעלבער מיט וועמען איך בין אַריבער דעם גרענעץ צוזאַמען אין 1882.