344וועגען דעם אָנפֿאַנג פֿון גאָרדין'ס טעטיגקייט אַלס דראַמאַטורג האָב איך שוין דערצעהלט (דריטער באַנד, פֿיידזשעס 186-194 און 460-461). דאָרטען האָב איך אָנגעוויזען אױף דעם תהום צווישען די פֿיעסען און איינפֿלוס פֿון „פּראָפֿעסאָר" הורוויץ און יאָזעף לאַטיינער, וועלכע האָבען געהערשט אין די אידישע טעאַטערס פֿון ניו יאָרק פֿריהער, און דעם סאָרט פֿיעסען וועלכען עס האָט אַריינגעבראַכט יעקב גאָרדין. אין זייער צייט האָט דער אידישער טעאַטער, הויפּטזעכליך אונטער דער ווירקונג פֿון „פּראָפֿעסאָר" הורוויץ, זיך געפֿונען אין די טיפֿעניש פֿון אַ זומפּ. דורך גאָרדין'ס פֿיעסען, און דורך גאָרדין'ס פֿערזענליכען איינפֿלוס, האָט זיך ענטוויקעלט אַ בעסערער געשמאַק און העכערע פֿאָדערונגען. גאָרדין איז געשטאַנען פֿיל העכער פֿאַר הורוויץ'ן און לאַטיינער'ן אי אין קונסט, אי אין גייסט.
אין דעם דריטען באַנד פֿון דיזע „בלעטער" איז מיר אױסגעקומען צו דערמאָנען נאָר די ערשטע עטליכע פֿיעסען פֿון גאָרדין'ס פֿעדער — „סיביר", „דער רוסישער איד אין אַמעריקאַ", „צוויי וועלטען", און „דער אידישער קעניג ליר".
שוין דאָרטען האָב איך גערעדט וועגען דער באַדייטונג וואָס גאָרדין האָט געהאַט פֿאַר די אידישע שוישפּילער. ער האָט זיי345געגעבען אַ געלעגענהייט צו שפּילען. ער האָט זיי געגעבען ראָלען (דריטער באַנד, פֿיידזש 192). און שפּעטער האָב איך זיי געגעבען נאָך בעסערע ראָלען. ער האָט געמאַכט פֿאַרטיגע אַלס דראַמאַטורג, און אַ דאַנק איהם, האָבען זיי געמאַכט פֿאַרטיגע אַלס שוישפּילער.
הױפּטזעכליך האָבען זיך ענטוויקעלט דזשייקאָב פֿ. אַדלער, דייוויד קעסלער, קעני ליפּצין, סאַרא אַדלער און בערטהאַ קאַליש. זיגמונד מאָגולעסקאָ האָט אױך געשפּילט אין גאָרדין'ס פֿיעסען, אין מייסטע פֿון זיי, און ער האָט אין זיי געהאַט אַ געלעגענהייט צו שאַפֿען שטאַרקע ראָלען. אָבער ער פֿלעגט שאַפֿען שטאַרקע ראָלען אין די פֿיעסען פֿון אַנדערע שרייבער אױך — אַפֿילו פֿון אזעלכע ווי הורוויץ. מאָגולעסקאָ האָט געהאַט אַזױ פֿיל געבאָרענעם טאַלאַנט און אַזױ פֿיל געבאָרענעם חן אױף דער ביהנע, אַז מיט זיין איינענער קינסטלערישער קראַפֿט און פֿערזענליכען מאַגנעטיזם פֿלעגט ער אימער האָבען אַן אונגעהיירען ערפֿאָלג. אין מאָגולעסקאָ'ס קאַריערע האָט גאָרדין אױך געהאַט אַ באַדייטונג, אָבער ניט אַזױ גרויסע ווי אין די קאַריערעס פֿון די אַנדערע שוישפּילער און שוישפּילערינס, וועלכע איך האָב דאָ אָנגערופֿען.
נעמען האָבען זיי אַלע געהאַט פֿריהער אױך. זיי זיינען געווען ליבלינגען בײ דעם טעאַטער עולם נאָך אײדער יעקב גאָרדין האָט אױפֿגעשריבען זיין ערשטע פֿיעסע. דער ערפֿאָלג וואָס זיי פֿלעגען האָבען, איז אָבער געווען אַן ערפֿאָלג בײ די געוועהנליכע אידישע טעאַטער מאַסען, וועהרענד אַלס שוישפּילער אין גאָרדין'ס ווערק האָבען זיי גענומען ציהען די אױפֿמערקזאַמקייט פֿון דעם אינטעליגענטערען פּובליקום; און די אַלטע טעאַטער „פּאַטריאָטען" האָבען אָנגעהויבען זיי צו שעצען אױף אַ נײעם, אױף אַ העכערען שטייגער.
זיי אַליין זיינען באַגייסטערט געוואָרען פֿאַר דעם נײעם סאָרט ראָלען, וואָס זיי האָבען באַקומען, און אַ גרויסער טייל פֿון דעם טעאַטער עולם איז געוואָרען באַגייסטערט פֿאַר די פֿיעסען און פֿאַר זייער שפּילען אין זיי.
346צוערשט אַ פֿאָר ווערטער וועגען דעם ווירקליכען ווערט פֿון גאָרדין'ס שאַפֿונגען.
אין דיזער באַציהונג האָט זיך די מיינונג, וועלכע איך האָב אַרויסגעזאָגט אין 1892, בײ מיר ניט געענדערט. פֿאַר אונזער ביהנע האָט ער געהאַט אַן אונגעהיירע באַדייטונג. אָבער פֿון אַ ליטעראַרישען שטאַנדפּונקט, ווי מען פֿאַרשטעהט דעם אױסדרוק אין דער בײליגער ליטעראַרישער וועלט, האָבען זיינע זאַכען קיין ווערט ניט געהאַט. אין דער קריטיק וואָס איך האָב געשריבען אין 1892 (אין דער „אַרבייטער צייטונג") האָב איך געגעבען אַ משל מיט אַ אידען, אַן אַפּיקורס. בײ פֿרומע אידען איז ער ניט קיין איד, בײ קריסטען אָבער איז ער אַ איד. אין דער ליטעראַטור איז גאָרדין'ם פֿיעסען פֿאַר ליטעראַטור ניט גערעכענט; פֿאַר אונזער ביהנע אָבער (אין איהר דאַמאָלסדיגען קלעגליכען צושטאַנד) זיינען זיי געווען זעהר וויכטיג (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 190). בײ דיזען ענין מוז מען אָבער צו ערשט אַנטשולדיגען זיך אין דער שייכות פֿון טעאַטער ראָלען צו דער פֿראַגע וועגען ליטעראַרישער קונסט.
אַ דראַמאַטורג קען שאַפֿען שטאַרקע ראָלען פֿאַר שוישפּילער, און צו דער זעלבער צייט ניט שאַפֿען קיין ליטעראַטור. פֿאַראַן שונד-פֿיעסען, אין וועלכע טאַלאַנטפֿולע אַקטיאָרען האָבען רײזיגע קינסטלערישע געלעגענהייטען אױף דער ביהנע. מען דאַרף ניט פֿאַרגעסען, אַז אין אַ דראַמא נעמט אנטײל ניט נאָר דער שריפֿטשטעלער, נאָר אױך דער שוישפּילער. און אָפֿט, זעהר אָפֿט, באַלאָזט דער אַקטיאָר אין דער ראָלע אַריין לעבען, ווירקליכקייט, נשמה, פֿאַעזיע, וועלכע די געשריבענע ראָלע האָט גאָר ניט אין זיך. דער דראַמאַטורג דאַרף הױפּטזעכליך האָבען אַ דראַמאַטישען אינסטינקט, אַ ביהנע געפֿיהל. אױב ער האָט דאָס, קען שױן דער אַרטיסט דאָס איבעריגע מאַכען אַליין. ער קען פֿון אַ טויטע פֿערזאָן מאַכען אַ לעבעדיגע באַשעפֿעניש.
גאָרדין'ם טעאַטער ראָלען זיינען געווען גאַנץ ווייט פֿון דער ווירקליכקייט. די ווערטער, וואָס ער האָט אַריינגעלעגט אין די מײלער פֿון זיינע פֿערזאָנען, האָבען ניט געקלונגען נאַטוירליך. זיינע מענער אָדער פֿרויען פֿלעגען זאָגען „חכמות", פֿראַזען,347וועלכע אזעלכע מענשען וואָלטען אין אמת'ן לעבען קיינמאָל ניט געזאָגט פֿון זייערע ליפּען אַרויסברענגען. דאָס זיינען געווען דעם פֿאַרפֿאַסער'ס ווערטלער, דעם פֿאַרפֿאַסער'ס פֿראַזען, ניט זייערע.
די ווידערהאַלונג פֿון אַ געוויסער אוננאַטירליכער פֿראַזע אזױ פֿלעגט גאָרדין אָפֿט אַרויסשטעלען אַלס די שילדערונג פֿון אַ טיפּ. מייסטענס זיינען זיינע טיפּען געווען מאַשינאַװע ליאַלקעס, און זייערע רייד — מאַשינאַװע חכמות. עס האָבען געקלונגען אָהן אַ שיעור פֿאַלשע טענער. עס זיינען פֿאַרגעקומען אָהן אַ צאָהל בילליגע עפֿעקטען.
אָבער טראָץ דיזע אַלע אוננאַטירליכקייטען און געקינצעלטקייטען, פֿלעגט ער אָנדײטען אַ דאַנקבאַרע ראָלע פֿאַר אַ טאַלאַנטפֿולען קינסטלער. אַזאַ קוואַטש ווי די ביהנע געשעפֿערעכען פֿון די פֿריהערדיגע אידישע דראַמאַטורגען זיינען זיינע געשעפֿערעכען יעדענפֿאַלס ניט געווען. זיי זיינען געשטאַנען אַ סך העכער. זיי האָבען געהאַט מעהר טעם.
און נאָך אַ זאַך: די „חכמה'לעך", אָן און פֿאַר זיך, זיינען אָפֿט געווען געראָטענע. אױב די באַטרעפֿענדע פֿערזאָן וואָלט דאָס ניט געקענט זאָגען, וואָלט דער ווערטעל געווען אינטערעסאַנט (אין מאַנכע פֿעלע, ווייניגסטענס), ווען גאָרדין שרײבט איהם אױף פּשוט אַלס זײן איינענע באַמערקונג, אין אַ פֿעליעטאָן, צום ביישפּיל. אַ פֿעליעטאָניסט איז ער געווען אַ גוטער, מיט גלענצענדע הומאָריסטישע אײנפֿאַלען. און די שוישפּילער פֿלעגען פֿון זיינע ווערטעלעך ענטציקט ווערען. דאָס גופֿא איז געווען אַ קװאַל פֿון באַגייסטערונג בײ זיי.
348גאָרדין'ם נעמען און מאַכט איז געוואַקסען. די דערמאַנטע גרופּע שוישפּילער און שוישפּילערינס זיינען געווען די וויכטיגסטע קרעפֿטען פֿון דער ביהנע, אי די באַלעבאַטים און דירעקטאָרען פֿון די טעאַטערס. דער „סטאַר"-אַקטיאָר איז אױך געווען דער דירעקטאָר פֿון דעם טעאַטער, אָדער אַ וויכטיגער שותּף אין איהם. און אױב דאָס איז געווען אַ פֿרױ, איז איהר מאַן געווען דער באַלעבאָס און דירעקטאָר. אַזױ איז געווען מיסעס ליפּצין'ס מאַן, מײקעל מינץ, און מיסעס קאַליש'עס מאַן, לעאָפֿאָלד שפּאַכנער. וואָס אנבאַטרעפֿט סאַרא אַדלער'ס מאַן, דזשייקאָב פֿ. אַדלער, איז ער געווען אַ „סטאַר"-שוישפּילער און צו דער זעלבער צייט דער טעאַטער דירעקטאָר.
די דערמאַנטע גרופּע איז דאַן געווען די פֿאָלשטענדיגע הערשערין פֿון אַלע אידישע טעאַטערס אין ניו יאָרק, און ניו יאָרק איז דאַן געווען דער גרעסטער און וויכטיגסטער אידישער טעאַטער-פֿונקט אױף דער וועלט. כּמעט דער איינציגער, אייגענטליך. וואָרים אין רוסלאַנד איז די אידישע ביהנע דאַן געווען פֿאַרבאַטען אָדער שטאַרק אונטערדרירקט, און די אידישע טעאַטער קאַמפּאַניעס, וואָס האָבען געשפּילט אין ענגלאַנד און אין רומעניע, האָבען קיין באַדייטונג ניט געהאַט.
און פֿונקט ווי די גרופּע שוישפּילער-דירעקטאָרען, וועגען וועלכע איך רייד דאָ, האָבען געהערשט איבער די אידישע טעאַטערס אין ניו יאָרק, אַזױ האָט יעקב גאָרדין, קען מען זאָגען, געהערשט איבער זיי.
די אידישע ביהנע, ווי גאָרדין האָט איהר געפֿונען, איז געשטאַנען אַזױ נידעריג, און איהרע שוישפּילער זיינען געווען אַזױ אונגעוואוינט מיט קונסט און ריוה, אַז עס איז געווען נאַטירליך דאָס ער זאָל אױף זיי קוקען מיט פֿאַראַכטונג. און האַבענדיג אַ באַגאַבטען און היציגען כאַראַקטער, פֿלעגט ער אױף די אַקטיאָרען אַרויפֿוואַרפֿען אַ סך גרינגשעצונג און אימה.
זיי האָבען צו איהם געפֿיהלט אַ טיפֿען רעספּעקט, און זיי האָבען בוכשטעבליך געציטערט פֿאַר איהם.
349אם דייטליכסטען האָבען גאָרדין'ם אױפֿטואונגען זיך געפֿיהלט אױף דער קאַריערע פֿון דייוויד קעסלער'ן. פֿריהער פֿלעגט קעסלער באַצויבערען דעם טעאַטער עולם מיט זיינע ראָלען אַלס גראָשענער העלד פֿון אַ „היסטאָרישער אָפּעראַ". אַ טייל פֿון זיין „קונסט" פֿלעגט באַשטעהען אין ערקלערען זיך אין ליבע, אין זינגען קופּלעטען, און אין געהן אַ טענצעל אַ „העלדישען". ער איז געווען הויך און גוט געוואַקסען, און די טעאַטער „פּאַטריאָטען" פֿלעגען קליבען נחת פֿון זיין פֿיגור און פֿון די „פּרינציעשע" קליידער וואָס ער פֿלעגט טראַגען אױף דער ביהנע (זעה צוווייטען באַנד, פֿיידזש 384 און 385). אין זיינע ראָלען פֿלעגט ער ניט רידען, נאָר דעקלאַמירען „טעאַטראַליש".
אַפֿילו אין די שונד-פֿיעסען, וועלכע זיינען כלומר'שט געווען „פֿון היינטיגען לעבען", פֿלעגט ער אױך דעקלאַמירען. רידען ווי אַ מענש האָט מען אױף דער אידישער ביהנע סתּם ניט גערעדט. מען האָט גאָר ניט געוואוסט, אַז אַזא זאַך קען מען פֿאָדערען. בלױז דער קאָמישער פֿלעגט זיין אַן אױסנאַהם אין דיזער הינזיכט. און דאָס וואָס דער קאָמישער האָט אױף דער ביהנע גערעדט ווי אַ געוועהנליכער מענש — דאָס גופֿא איז געווען באַטראַכט אַלס אַ טייל פֿון דעם קאָמיזם.
אין גאָרדין'ם פֿיעסען האָט קעסלער צום ערשטען מאָל אָנגעהויבען צו רידען אױף דער ביהנע, אַנשטאָט צו דעקלאַמירען. פֿון זיך אַליין איז דאָס געוואָרען. די ראָלע האָט איהם געבראַכט דערצו. זי האָט זיין אײנבילדונגס-קראַפֿט אָנגעצונדען; ער האָט זיך אַריינגעלעבט אין דער ראָלע, דערפֿיהלט זיך אַלס350וואוסט. אינטעליגענטע טעאַטער באַזוכער האָבען דאָס אים ערקלעהרט, און איך בין געווען איינער פֿון זיי.
קעסלער איז געווען אַן אונגעוויסענדער מענש. אין דער היים (אין קעשענעוו) האָט ער אין זיינע קינדער-יאָהרען גאַנץ ווייניג געלעהרענט. שפּעטער האָט ער געהאַלטען אַ שאַכטעל פֿון גאָלאַנטעריי אױף אַ ראָג-גאַס. ער האָט געהאַט אַ שטימע און געקענט אַביסעל זינגען, און אין יענע צייטען איז די פֿעהיגקייט צו זינגען געווען אַ דער געוועהנליכער צוטריט צו דער אידישער ביהנע. ווי ער האָט מיר אַמאָל אַליין דערצעהלט, איז די הויפּט קראַפֿט, וואָס האָט איהם געטריבען צו ווערען אַן אַקטיאָר, באַשטאַנען אין דעם צוויער, וואָס ער האָט געפֿונען אין דעם שוישפּילער שעהנגאַלד, וועלכער איז דאַן געווען אַ גרויסער שטערן אין דער אידישער טעאַטער וועלט פֿון דרום רוסלאַנד. ער איז געווען הויך און שלאַנק, שעהנגאַלד, און אױף'ן גאַס פֿלעגען ער טראַגען אַ „פּעלערינע" און אַ הויכען קאַפּעלוש. אָט מיט דיזער פּעלערינע און קאַפּעלוש האָט ער דאָס דעם יונגען קעסלער'ן פֿאַר'כּשופֿ'ט. דאָס איז געווען אַ טעאַטעראַלישער גאַנג. געוועהנליכע פּראַנטען פֿלעגען אַזױ ניט געהן. נאָר אַקטיאָרען. אידישע אַקטיאָרען פֿלעגען אין יענע יאָהרען אױפֿ'ן גאַס אױך זיין אַקטיאָרען.
נאָכדעם, אַלזאָ, ווי קעסלער האָט אָפּגעשפּילט אין בילליגע שונד-פֿיעסען העכער ווי אַ צעהנדעליג יאָהר, צוערשט אין רוסלאַנד און דערנאָך אין אַמעריקא, איז ער כּמעט פֿלוצלינג געוואָרען אַ טאַלאַנטפֿולער שוישפּילער אין אַ נײעם און אַ פֿיל בעסערען זין פֿון דעם וואָרט. ער האָט גענומען שאַפֿען ראָלען, לעבעדיגע ראָלען. און דאָס האָט ער געהאַט צו פֿאַרדאַנקען גאָרדין'ם פֿיעסען. עס איז געוואָרען אַ גאַנץ נייער קעסלער.
מיט אַדלער'ן איז געווען אַנדערש. ער איז געווען אַ גאַנץ אַנדער טיפּ. אָבער ער האָט אױך די בעסטע טייל פֿון זיין קאַריערע געהאַט גאָרדין'ען צו פֿאַרדאַנקען.
אַדלער איז פֿון דער היים ניט געווען אַזױ אונוויסענד. ער האָט גערעדט גוט רוסיש און געשריבען רוסיש. אין אָדעס, וואו351ער איז געבוירען און אױסגעהאָדעוועט געוואָרען, איז ער אין זיינע אינגעל יאָהרען געווען אַ גרויסער שטיפֿער, זיך גע'חבר'ט מיט גאַסען-יונגען און געקענט געבען אַ קלאַפּ. ער האָט אָבער זיך געקענט האַלטען און רידען ווי אַן אינטעליגענטער, באַלעבאַטישער אינגעל. ער איז געווען אַ זעלטען שעהנער יונג, און אין זיין שעהנקייט איז געלעגען אַן אינטעליגענטער מין חן. איהם האָט געצויגען צו דער ביהנע, און ווען ער איז צו איהר צוגעקומען, האָט זיך גלייך אַרויסגעצייגט, אַז ער געהערט צו איהר פֿון געבוירענשאַפֿט אָן.
ער האָט געהאַט דראַמאַטישע קראַפֿט און אַ געבוירענעם חוש צו סצענישע עפֿעקטען. רידעלן אױף דער ביהנע איינפֿאַך, נאַטירליך, האָט ער קיין מאָל זיך ניט אױסגעלערענט. דאָס איז געווען געגען דער שפּעציעלער סאָרט קינסטלערישער נאַטור, וואָס ער האָט געהאַט. איהם האָט געצויגען צו מעלאָדראַמא אַ סך מעהר ווי צו דראַמא אין אַ רעאַליסטישען זין, אָבער זיין מעלאָדראַמאַטיזם האָט אין זיך געהאַט אַ פּאָעטישען שוואונג. וואָס מעהר איך בין באַקאַנט געוואָרען מיט זיין שפּילען, אַלץ מעהר בין איך איבערצייגט געוואָרען אַז ער איז אים בעסטען צוגעפּאַסט צו שעקספּיר'שע ראָלען, וואו דעקלאַמאַציע איז זעלבסטפֿאַרשטענדליך. אין אזעלכע ראָלען וואָלט ער אַרײנגעגעבען קלאַסישע שעהנקייט, ווי מען רופֿט דאָס.
אין זיין גרימירען זיך גופֿא פֿלעגט ליגען קינסטלערישע אָריגינאַליטעט. אױף דער ביהנע איז ער אימער געווען בילדליך און איינדרוקספֿול. אַזױ פֿלעגט ער זיין אין די אַלטע שונד פֿיעסען, וואָס ער פֿלעגט שפּילען אין רוסלאַנד און אין דערנאָך אין לאַנדאָן און נאָך שפּעטער אין שיקאַגאָ און אין ניו יאָרק; און אַזױ איז ער געבליבען אין גאָרדין'ם פֿיעסען. אין דיזער באַציהונג האָט גאָרדין ניט געהאַט וואָס אױפֿצוטאָן פֿאַר איהם. גאָרדין'ם ראָלען האָבען אָבער פֿאַר איהם אױפֿגעעפֿענט אַ ברייטערע וועלט, אַ ריזיגע מיט נייע מעגליכקייטען. ער האָט, אַלזאָ, זיך אױך ענטוויקעלט אין זיי.
אַלס פֿערזענליכקייט איז ער געווען די אינטערעסאַנטסטע און בולטסטע פֿיגור צווישען אַלע אידישע שוישפּילער. איך פֿלעג352ליב האָבען מיט איהם צו שמועסען. קלוג, מיט אַן אײגענאַרטיגען הומאָר, און פֿול מיט אינטערעסאַנטע אײנדריקע פֿון זיין אײגענעם לעבען, פֿלעגט ער אין זיינע פֿריוואַטע געשפּרעכען פֿאַרשטעללען לעבעדיגע כאַראַקטער-בילדער און לעבעדיגע סצענען. דאָס, און אַ מערקווירדיגע אפֿענהערצינגקייט, מיט וועלכער ער פֿלעגט אױך דערצעהלען וועגען זיינע פֿערזענליכע ערפֿאַהרונגען, אַפֿילו אזעלכע, וועלכע מענשען רוהרען געוועהנליך ניט אָן, פֿלעגט זיינעם אַן אינטערעסאַנטען שמועס מאַכען פֿאַר אַ זעלטען אינטערעסאַנטע אונטערהאַלטונג.
קעסלער איז הינטער דער סצענע געווען ווייניגער אינטערעסאַנט. ער פֿלעגט אָבער אין פֿריוואַטע געשפּרעכען אױך אַרויסווייזען אײנבילדונגס-קראַפֿט, אָפֿט אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אונאַנשטענדיגער פֿראַזע. פֿון אזעלכע ווערטעלעך גופֿא האָט מען געקענט זעהן, אַז ער האָט אַ געבאָרענעם טאַלאַנט.
אַ בולט'ע פֿיגור אין דעם אידישען טעאַטער לעבען בכלל און אין דער גאָרדין גרופּע בפֿרט איז אױך געווען מאַדאַם ליפּצין. ווען זי איז אױף דער ביהנע אַרויפֿגעטראָטען (אין אַדלער'ס טרופּע, אין זיד-רוסלאַנד), איז זי געווען אַן אבסאָלוט אונוויסענדע פֿרוי; און וואָס אנבאַטרעפֿט באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם געשריבענעם וואָרט, איז זי אַזױ געבליבען. זאָגאַר איהרע ראָלען האָט אימיצער געמוזט לעזען פֿאַר איהר. דאָס האָט אָבער איהר ניט געשטערט זיך צו ענטוויקלען און צו דערגרייכען אַ הויכע שטופֿע אַלס שוישפּילערין.
זי האָט געהאַט אַ כאַראַקטער, אַ פֿייערדיגען טעמפּעראַמענט און353ווען מען רעדט וועגען מאַדאַם ליפּצין, בעט זיך אױך צו דערמאָנען איהר מאַן, מײקעל (מיכאַעל) מינץ. קיין שוישפּילער איז ער ניט געווען; אַלס זיין פֿרוי'ם מענעדזשער און „פּאַבליסיטי מען" האָט ער אָבער געשפּילט אַ ראָלע ניט נאָר אין דער ענטוויקלונג פֿון איהר קאַריערע, נאָר אױך אין דער ענטוויקלונג פֿון גאָרדין'ם קאַריערע.
ער איז געווען דער זוהן פֿון אַ באַקאַנטע באַלעבאַטישע פֿאַמיליע אין בריסק, און איך בין מיט איהם באַקאַנט געוואָרען אין מיינע יונגע יאָהרען, נאָך זיינענדיג אין ווילנא, וואו ער האָט געפֿלאַנעוועט אַנצוקומען אין אונזער אינסטיטוט. מיט מאַדאַם ליפּצין האָט ער זיך באַגעגענט עטליכע יאָהר שפּעטער, אין ניו יאָרק. ער איז געווען זעהר אַ היציגער אָבער אַ גוט-הערציגער, מיט אַן אָפֿענעם האַנט און מיט אַ מאַסע ענערגיע, אַן אונערמידליכער, אַ ברען. זיין פֿרוי און איהרע טעאַטער אינטערעסען איז ער געווען איבערגעגעבען אָהן אַ שיעור, און מיט דיזער איבערגעגעבענהייט, מיט דיזען פֿייער זיינענם האָט ער פֿיל מיטגעהאָלפֿען צו מאַכען אַ נאָמען אי איהר, אי די פֿיעסען אין וועלכע זי האָט זיך אױסגעצייכענט. און דאָס זיינען הויפּטזעכליך געווען גאָרדין'ם פֿיעסען.
אַביסעל שפּעטער האָט אַלס שוישפּילערין אין גאָרדין'ם ווערק (אין זיין „סאַפֿאָ", „קרײצער סאָנאַטאַ" און אנדערע) זיך ערוואָרבען אַ גרויסען נאָמען בערטהאַ קאַליש. זי האָט אױך געהאַט טעמפּעראַמענט, און דערצו איז זי געווען יונג און זעהר שעהן. איהר מאַן (שפּאַכנער) איז געווען דער דירעקטאָר (אָדער איינער פֿון די דירעקטאָרען) פֿון דעם טעאַטער, אין וועלכען זי האָט געשפּילט.
אַלס רעאַליסטישע שוישפּילערין האָט זיך אין גאָרדין'ם ראָלען ענטוויקעלט די דערמאַנטע סאַראַה אַדלער, די פֿרוי פֿון דזשייקאָב פֿ. אַדלער. זי איז געווען אַ טאַלאַנטפֿולע, אַ גלענצענדע אַרטיסטין, און זי האָט געהאַט ערפֿאָלג אין עטליכע פֿון גאָרדין'ם פֿיעסען, ווי אױך אַ ריהע טעאַטער שטיק פֿון ז.
354ליבין, און ל. קאָברין, וועלכע האָבען שוין אױך אָנגעהויבען צו שרייבען פֿאַר דער ביהנע.
דורך גאָרדין'ם פֿיעסען איז אױך באַקאַנט געוואָרען אַ יונגער שוישפּילער, אױך אַן אָדעסער, מיט'ן נאָמען מאָסקאָוויטש*.
יעקב גאָרדין האָט גוט גערעדט און געשריבען רוסיש. ער האָט געהערט צו דער רוסיש-אידישער אינטעליגענץ. ווען זיין נאָמען אַלס דראַמאַטורג האָט גענומען שטייגען, האָט אױך גענומען שטייגען זיין באַדייטונג אין אונזער „רוסישער קאָלאָניע", ווי מיר פֿלעגען זיך געוועהנליך רופֿען. ווען ער וואָלט געשריבען פֿיעסען פֿון דעם אַלטען אידישען סאָרט, וואָלט זיין טעאַטער קאַריערע צווישען זיינע רוסישע באַקאַנטע קיין אינטערעס ניט אַרויסגערופֿען. אַזױ אָבער ווי זיינע ווערק זיינען געשטאַנען אַ סך העכער ווי די פֿריהערדיגע אידישע דראַמאַס, און פֿון אַלע זייטען האָט מען איהם באַגריסט אַלס אַ טאַלאַנט און אַלס דעם אױפֿהויבער פֿון דער אידישער ביהנע, איז זיין קורס צווישען די אינטעליגענטען אױך געוואַקסען. מען האָט זיך מיט איהם אינטערעסירט, און מען האָט איהם געוויזען אױפֿמערקזאַמקייט.
די ביהנע איז אַ שליסעל צו די טויערען פֿון עפֿענטליכקייט. ער איז געוואָרען פּאָפּולער און וויכטיג. מען האָט געזוכט זיין באַקאַנטשאַפֿט. אגב, האָט ער געקענט זאָגען אַ גוטען וויץ. אין דער קאַמפּאַניע פֿון פֿריינד איז ער געווען אַ פֿרעהליכער, אַנגענעהמער מענש, און בײ זיך אין דער היים איז ער געווען זעהר גאַסטפֿריינדליך. אַלזאָ, האָט זיך אַרום איהם אַרומגעזאַמעלט אַ355גרופּע אינטעליגענטע דאָקטוירים, לאָיערס, דענטיסטען, געשעפֿטס-לייט.
עס איז געגרינדעט געוואָרען אַן „עדיוקיישאָנאַל ליג", אַ געזעלשאַפֿט מיט'ן צוועק צו פֿיהרען אווענד-קלאַסען און אוונד-לעקטשורס פֿאַר אַרבייטער. גאָרדין איז געווען דאָס האַרץ פֿון דער אָרגאַניזאַציע. ער האָט גענומען געלט פֿאַר איהר, צוגעצויגען די בעסטע לעהרער און לעקטשורערס, געהאַלפֿען מאַכען בענעפֿיט-פֿאָרשטעלונגען, פֿאַרזאַמלונגען. די גרופּע, וואָס האָט איהם אַרומגערינגעלט, איז געווען טעטיג דערביי. דיזע גרופּע, און די עקזעקוטיוו קאָמיטע פֿון דער „ליג", זיינען געווען אײנס און דאָס זעלבע. דאָס אַלץ האָט ענגער געמאַכט די פֿריינדשאַפֿט פֿון די מיטגלידער צווישען זיך און פֿון אַלעמען אין אײנעם צו גאָרדין'ען.
צו דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג האָט גאָרדין דירעקט ניט געהערט; אָבער דורך דער „ליג" איז ער געקומען אין באַריהרונג מיט אונזער קהל'שע טעטיגקייטען, וועלכע זיינען געווען פֿאַרבונדען מיט אונזער אַרבייטער באַוועגונג.
פֿון דעם פֿריהערדיגען באַנד ווייסט דער לעזער, אַז די ערשטע מאַנאַטען פֿון „פֿאָרווערטס", ווען איך בין נאָך געווען רעדאַקטאָר (דעם ערשטען מאָל), איז ער געווען אַ שטענדיגער מיטאַרבייטער בײ אונז, און אין אונזער אָפֿיס, אױף דואַין סטריט, איז לעבען מיין דעסק געשטאַנען אַ דעסק פֿאַר איהם. דערנאָך האָט ער אַ געוויסע צייט אין „פֿאָרווערטס" זיך באַטייליגט אַלס אַן אױסערליכער מיטאַרבייטער.
356האָבען בײ אונזער ראַדיקאַל-געשטימטען עולם געהאַט אַן אונגעהײערען ערפֿאָלג. מילער האָט זיי ביידע באַרמלאָז אַרונטערגעריסען (וועגען „גאָט, מענש און טייוועל" האָט ער געשריבען גאַנצע זעקס אַרטיקלען. ער האָט ערקלעהרט, אַז די טהעמא איז גענומען פֿון „פֿאָוסט" און „איוב"). — און דאָס איז נאַטירליך אמת — און אַז אַזױ ווי גאָרדין האָט די דראַמא צוזאַמענגעשטעלט, האָט זי גוט ניט קיין זין.
צוליב מילער'ן האָט גאָרדין זיך דאַן פֿיינדליך פֿאַרהאַלטען צום „פֿאָרווערטס" אין אַלגעמין (זעה דיזען באַנד, פֿיידזש 254).
דערנאָך זיינען זיי — מילער און גאָרדין — גוט-פֿריינד געוואָרען, און אין דער דראַמאַטורג האָט זיך גענומען פֿאַרהאַלטען פֿריינדליכער צו דער צייטונג אױך.
ווען איך בין צוריק אַנגעקומען אין „פֿאָרווערטס", האָבען זיך גאָרדין'ם באַציהונגען צו דער צייטונג ווידער געענדערט, דורך די אַנגעשטרענגטע פֿאַרהעלטניסען צווישען איהם און מיר. קיין שאַרפֿע ענדערונג איז דאָס אָבער ניט געווען. אין אַלגעמין איז ער ווייטער פֿריינדליך. מען דאַרף באַמערקען דאָס פֿאָלגענדע:
גאָרדין, אַלס פֿיעסען-שרייבער און אַלס איבערגעבענער פֿיהרער פֿון דער „עדיוקיישאָנאַל ליג", האָט געהאַט „חסידים" אין אונזער באַוועגונג, און דאָס הייסט אױך אין דער „פֿאָרווערטס" אסאָסיאיישאָן", צי ער איז פֿון מילער'ן אָדער פֿון מיר געווען ערווייטערט צי ניט. אַ חוץ דעם, איז ער געווען נאָהענט באַפֿריינדעט מיט אײניגע פֿון אונזערע פּראָמינענטע גענאָסען. צו אונזער פּאַרטי אין אַלגעמין, אַלזאָ, האָט ער זיך אימער געהאַלטען ווי אַ סימפֿאַטיזירער. און צו אונזערע יוניאָנס אודאי.
אױב ער איז ניט געווען קיין פֿאָרמעלער סאָציאַליסט, איז ער יעדענפֿאַלס געווען איינער פֿון די וויכטיגע ראַדיקאַל-געזעסענע אימיגראַנטען אין דעם אידישען קוואַרטאַלען.
און דאָס האָט זיך אַלץ דייטליכער געפֿיהלט אין זיינע ווערק. זיין „גאָט, מענש און טייוועל", „סאַפֿאָ", „קרײצער סאָנאַטאַ", „די וואָרהייט" — דיזע אַלע פֿיעסען ענטהאַלטען מאַסען ווערטלער, סענטענקעס און גאַנצע אַקטען, וועלכע גיבען אױסדרוק צו ראַדיקאַלע אידעען וועגען הײראַטה, ליבע, עקאָנאָ357מישע אונגלייכהייט, רעליגיאָן. און דאָס האָט איהם געשאַפֿען פֿיל פּאָפּולאַריטעט צווישען די סאָציאַליסטען.
איך וועל דאָ ברענגען נאָר איין ביישפּיל: אין זיין „גאָט, מענש און טייוועל", אין אַ געוויסען מאָמענט, זאָגט דער אַרבייטער פֿון דער פֿיעסע צו דעם גביר: „עס זעהט אױס, אַז נאָר פֿון רויבעריי קען מען רייך ווערען. מיר אַרבייטען, און איהר לעבט אַ גוטען טאָג."
בײ דיזע ווערטער פֿלעגט אױסברעכען אַ שטורמישער אַפּלאָדיסמענט. (דער אַרבייטער איז דאָ אַ פֿאַרצייטיגער טיפּ אין דער אַלטער היים. ער וואָלט אזעלכע ווערטער אין אמת'ן ניט געקענט זאָגען. די נאַנצע סאָציאַליסטישע פֿראַזע איז דאָ אַ אַרײנגעשטעלטע אומזין, און זי קלינגט פֿון דער ביהנע זעהר אוננאַטירליך. די ראַדיקאַלע „אומזינסניקייט" גרילצט פּשוט אין די אוירען. אָבער אזעלכע זאַכען האָבען אונזערע טעאַטער באַזוכער נאָך דאַן ניט פֿאַרשטאַנען. אַפֿילו אונזערע אינטעליגענטערע גענאָסען אױך ניט.)
מען האָט גאָרדין'ען גענומען פֿאַרגלייכען צו איבסען'ען. די אַמעריקאַנער דראַמא איז דאַן געשטאַנען ניט אין ערך נידעריגער ווי זי שטעהט היינט. וועגען פֿיעסען מיט אַ ראַדיקאַלען אינהאַלט האָט מען אױף ברעדוויי אַפֿילו ניט געקענט טרוימען.
אין רוסלאַנד, וואו די ליטעראַטור איז געשטאַנען העכער ווי358אין אַלע אַנדערע לענדער, האָט מען נאָך דאַן פֿון גאָרדין'ם דראַמאַס ניט געהערט. און ווי די דאָרטיגע מבינים זיך נישט וואָלטען זיי באַטראַכט, האָט מען אין אַמעריקא זיך ניט פֿאַרגעשטעלט. אין סך הכל אָבער, מיט אייניגע אױסנאַמען, האָט מען דאָ געמיינט, אַז מען וואָלט איהם אין רוסלאַנד אױך ערקלעהרט פֿאַר אַ ליטעראַטור קינסטלער פֿון העכסטען קלאַס.
און אַזױ איז אױך געווען די מיינונג פֿון פֿילע מיטגלידער פֿון דער אינטעליגענטער רוסישער קאָלאָניע. מען האָט איהם ניט געהאַלטען פֿאַר אַ דענקער, פֿאַר קיין הויך-ענטוויקעלטען מענשען. אינטעליגענט איז ער אָבער יעדענפֿאַלס געווען, און ווי שוין געזאָגט: אין בעצוג צו זיין גרויסער באַדייטונג פֿאַר דער אידישער ביהנע האָט קיין מיינונג-פֿאַרשיידענהייט ניט געקענט זיין. עס האָט אױך ניט געקענט זיין קיין ספֿק, אַז ער האָט טאַלאַנט, הומאָר, און אַז ער פֿאַרשטעהט די ביהנע אױסגעצייכענט. אַלזאָ, האָט אַ גרויסער טייל פֿון אונזער אינטעליגענץ איהם געהאַלטען פֿאַר אַן איבסען.
זיין נאַאיווע און פּולװערדיגע עמפֿפֿינדליכקייט האָט איהם אין דער רוסישער קאָלאָניע פֿאַרשאַפֿט אייניגע פֿערזענליכע שונאים. ער האָט אָבער אין איהר אױך געהאַט וואַרימע פֿריינד און באַגייסטערטע אָנהענגער. און ווען ער פֿלעגט זיך באַווייזען אױף אַ „וואָטשעריענקאַ" אָדער אױף אונזער יעהרליכען ניו-יאָרקס באַל, פֿלעגט זיין הויכע, ברייט-פּלייציגע פֿיגור, שטאַטליכער פּנים און גרויסע באָרד, זיין דער צענטער פֿון אַ גרויסער גרופּע פֿאַרעהרער.
דעם 12טען אָקטאָבער, 1903, האָט מען אין טהאַליאַ טעאטער אױפֿגעפֿיהרט צום ערשטען מאָל יעקב גאָרדין'ם דראַמא „די יתומה", מיט קעסלער'ן און מאַדאַם קאַליש אין די הױפּט ראָלען. אין אַ פֿאָר טעג אַרום איז אין דער אַרטאָדאָקסישער „טאַ359געבלאַט" ערשינען אַ קריטיק אױף דער פֿיעסע — אַן אונגינסטיגע.
עטליכע טעג שפּעטער איז אין טאַליא טעאַטער, צווישען די אַקטען, פֿאָרגעקומען די פֿאָלגענדע סצענע:
יעקב גאָרדין איז געשטאַנען אױף דער ביהנע און גערעדט צום עולם. ער האָט גערעדט וועגען דער „טאַגעבלאַט"-קריטיק אױף זיין נייער פֿיעסע. ער האָט אַטאַקירט די צייטונג און דעם קריטיקער. ער האָט געברויכט שאַרפֿע ווערטער.
אין טעאַטער האָט זיך דאַן געפֿונען יאָהאַן פּאַלעי, דער שרייבער פֿון דער קריטיק, און סאַפֿירשטיין, דער הויפּט באַלעבאָס פֿון דעם אַרטאָדאָקסישען „מאָרגען זשורנאַל", וואו גאָרדין'ם פֿיעסען פֿלעגען אױך אַרונטערגעריסען ווערען (די באַלעבאַטים פֿון דער „מאָרגען זשורנאַל" האָבען אױך געהאַט אַ גרויסען חלק, אַלס אײגענטימער אין דעם „מאָרגען זשורנאַל").
ווען גאָרדין האָט זיי דערזעהן, האָט ער אױף זיי גענומען טייטלען מיט די פֿינגער.
— אָט זיצען זיי, די איזוואָשטשיקעס! — האָט ער גערופֿען, אױסער זיך פֿון כעס! — אַפֿילו פֿאַר זייערע טיקעטס האָבען זיי ניט באַצאַהלט!
דער עולם האָט גענומען קוקען אין דער אַנגעוויזענער ריכטונג. די צוויי צייטונגס-מענשען האָבען פֿאַרלאָזען דעם טעאַטער.
מיט אַ פֿאָר טעג שפּעטער האָט זיך אין „טאַגעבלאַט" באַוויזען אַן אַטאַקע אױף גאָרדין'ען פֿערזענליך און אױף דעם גאַנצען ראַדיקאַלען גייסט פֿון זיין שרייבען. און ניט נאָר אױף איהם אַליין, נאָר אױך אױף אונזער גאַנצער באַוועגונג, וועלכע האָט360אױף גאָרדין'ען און אױף דער פֿאָרטגעשריטענער ליטעראַטור. ווי דער לעזער וועט זעהן אַביסעל ווייטער, האָב איך וועגען דעם ענין געהאַט אַן אַנדער מיינונג. אָבער מילער האָט דורך אַ גענאָסע געבעטען איך זאָל איהם לאָזען פֿיהרען דיזען קאַמף אין „פֿאָרווערטס". ווען מיר וואָלטען געערעדט, וואָלט איך איהם געקענט באַווייזען, אַז מען דאַרף פֿון דער געשיכטע קיין גרויסען ווענען איבערהױפֿט ניט מאַכען, אַ פּשיטא שוין, אַז דעם אָנהויב האָט געמאַכט גאָרדין, און נאָך אױף אזאַ שטייגער, וועלכען מיר טאָרען ניט פֿאַרטיידיגען. איך וואָלט מסתּמא געבליבען בײ דעם מייניגען.
מיר זיינען אָבער געווען ברוגז, און דעריבער האָב איך זיין פֿאַרלאַנג באַוויליגט. וואָרים טראָץ אונזער אַפּיציעלער שנאה האָבען מיר קיין אומפֿריינדליכקייט איינער צום אנדערען ניט אַרויסגעוויזען. און ווען מען איז אין אזעלכע באַציהונגען, איז מען נאָך מעהר גענייגט צו זיין געפֿעליך, ווי בשעת מען איז „גוט-פֿריינד".
דעם אָנהויב האָט מילער געמאַכט מיט אַ לײט-אַרטיקעל אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון מיטוואָך, דעם 23טען אָקטאָבער, 1903. דער איבערשריפֿט איבער דעם אַרטיקעל איז געווען: „צלם, יאָרמעלקע און קונסט".
די ערשטע צוויי ווערטער זיינען די לעזער פֿון „פֿאָרווערטס" שוין געווען גוט באַקאַנט פֿון די אַטאַקעס, וואָס מילער פֿלעגט מאַכען אױף דער „טאַגעבלאַט", נאָך אײדער איך בין צוריק אַנגעקומען אין „פֿאָרווערטס". דער וואָרט „צלם" איז געווען אַן אָנצוהערעניש אױף דעם רעדאַקטאָר פֿון דער „טאַגעבלאַט", וועלכער איז מיט אַ יאָהר פֿופֿצעהן פֿריהער געווען געטויפֿט אױף אַ361ווען איך האָב זיך אומגעקערט צום „פֿאָרווערטס", אין 1902, זיינען די דריי ווערטער — „צלם", „יאַרמעלקע", „שוואָרדעל" — צווישען די „פֿאָרווערטס" לעזער געווען פּאָפּולער.
אין דעם אַרטיקעל דערצעהלט מילער, אַז פּאַלעי רופֿט גאָרדין'ם ווערק „קאַדעטען פֿיעסען" און גאָרדין'ען אַליין — „ליטעראַרישער קאַדעט"*. ווייטער זאָגט דאָרטען מילער:
„יעקב גאָרדין'ם דראַמען זיינען די גרעסטע עררונגענשאַפֿטען אין דער באַוועגונג פֿאַר פֿאָרטשריט פֿון דעם אידישען פֿאָלק. עס איז דער גלענצענדסטער קאַפּיטעל אין דעם קולטור-קאַמף געגען די בײדע רוחות פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. וואו עס איז דאָ אַ איד מיט אַ הערץ, אַ איד מיט אַ אידעאַל, אַ איד מיט אַ אידעע פֿאַר אַ בעסערער צוקונפֿט, וועט ער זיך אױפֿגעשטעלען אונטער דעם באַנער, וועלכען מיר האָבען איצט אױף אױפֿ'ן שעהנסטען פֿון אַלע אונזערע קעמפֿע געגען פֿאַלשקייט, שמוץ און לומפּעריי."
די גענאָסען האָבען אַרויסגעלאָזען אַן אױפֿרוף צו פֿאָרגעשריטענע אָרגאַניזאַציאַנען, זיך צו באַטייליגען אין דעם קאַמף, און פֿון פֿאַרשידענע שטעדטע האָבען גענומען אָנקומען פּראָטעסטען, וועלכע זיינען געווען געדרוקט אין „פֿאָרווערטס" — די שריפֿטשטעלער געגען דער „טאַגעבלאַט", מיט שבחים פֿאַר גאָרדין'ען אַלס שריפֿטשטעלער און אַלס טרעגער פֿון קולטור און פֿאָרטשריט. די רעזאָלוציאַנען האָבען זיך אין „פֿאָרווערטס" געדרוקט צוויי-דריי מאָל אַ וואָך, אָדער נאָך אָפֿטער, אין פֿאַרלױף פֿון עטליכע וואָכען.
דעם 22טען אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ מאַסעןפֿאַרזאַמלונג וועגען דער אַנגעלעגענהייט (אין אַ האָל אױף קלינטאָן סטריט, לעבען דעלענסי) מיט מילער'ן, דר. קאַספּע און דר. זאָלאָטאַראָוו (בײדע שטאַרקע אָנהענגער פֿון יעקב גאָרדין) אַלס362רעדנער. די קאָמיטע, וואָס האָט דעם מיטינג אַראַנזשירט, האָט מיך אײַנגעלאַדען. איך האָב זיך אָבער ניט באַטייליגט.
אין דעם באַריכט פֿון דער פֿאַרזאַמלונג, וועלכער איז געווען געדרוקט אין „פֿאָרווערטס" אױף מאָרגאַן, ווערט געזאָגט אַז דער זאַל איז געווען איבערגעפּאַקט; מען וואָלט געקענט אָנפֿילען צוויי האָלם אַזעלכע.
רעדעם וועגען דער „טאָגעבלאַט" זיינען געהאַלטען געוואָרען צווישען די אַקטען אױף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער „יתומה", דעם 30טען אָקטאָבער. דיזען מאָל זיינען די רעדנער געווען יעקב גאָרדין אַליין און יוזעף באַראָנדעס.
אױף דער ערשטער פֿײַדזש פֿון „פֿאָרווערטס", אַלס די הױפּט נײַעס פֿון טאָג, האָט מילער מעהרערע מאָל געהאַט באַריכטען וועגען דעם קאַמף מיט איבערשריפֿטען, וועלכע ער האָט געשטעלט מיט די גרעסטע בוכשטאַבען, וואָס מיר האָבען געהאַט אין אונזער דרוקעריי, אין אַ גוואַלד-שרייענדע שורה, וועלכע האָט פֿאַרנומען די גאַנצע ברייט פֿון דער פֿײַדזש. דער אינהאַלט פֿון דער הױפּט קעפּעל און פֿון דער צווייטער קעפּעל איז באַשטאַנען אין שטורעמדינגע אַנגריף-ווערטער, זידעל-ווערטער, אָדער אַזױ סענסאַציאָנעלע אױסגעשרייען — אַ פֿאָדערונג, אַז דער באַלעבאָס און דער רעדאַקטאָר פֿון דער „טאָגעבלאַט" זאָלען פֿאַרלאָזען דעם קוואַרטאַל.
אימעצער האָט געקראָגען אַ קאָפּיע פֿון אַ בריף, וועלכען חתסקעל סאַראָזאָן, דער עלטערער זוהן פֿון דער „טאָגעבלאַט'ס" אײגענטימער, האָט געשריבען צו אָהויזן'ען, דעם פֿיהרער פֿון טאַמאַני האָל אין דעם אידישען קוואַרטאַל. דער אינהאַלט פֿון דעם בריף איז באַשטאַנען אין פֿאָלגענדען אונגעפֿעהר: די אידען שטימען מייסטענס פֿאַר דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, הגם זי איז אַנטיסעמיטיש געזיניגט. אױב טאַמאַני האָל וועט נאָמינירען פֿאַר ריכטער חתסקעל סאַראָזאָן'ס ברודער, וועלכער איז אַ לאָיער, וועלען די סאַראָזאָן צייטונגען — די „טאָגעבלאַט" און דער „מאָרגען זשורנאַל" — אַגיטירען פֿאַר טאַמאַני האָל, און דאָס וועט די אידישע באַפֿעלקערונג אַװעקקעהרען פֿון די363רעפּובליקאַנער און וועט זיי מאַכען פֿאַר אָנהענגער פֿון די דעמאָקראַטען *.
מילער האָט אין „פֿאָרווערטס" געגעבען אַ פֿאַטאָגראַפֿישע קאָפּיע פֿון דעם בריף, מיט אַן ערקלעהרונג, איבער וועלכע דער איבערשריפֿט איז געווען:
„די טאָגעבלאַט קוליעט זיך איבער" (מיר היפֿען דאָ איבער אַ זידעל-וואָרט, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין דעם הויפּט-קאָפּ). און אונטער דעם איז געשטאַנען:
„פֿאַר זעקס טויזענד דאָלאַר אַ יאָהר (דער געהאַלט, וואָס איז געווען פֿאַרבונדען מיט דער באַטרעפֿענדער ריכטער-שטעלע) שלאָנגט סאַראָזאָן פֿאַר צו מאַכען זיינע צייטונגען פֿאַר „רעד לייט"** אָרגאַנען. אױב ניט, וועלען זיי אַרבייטען פֿאַר די אַנטיסעמיטישע רעפּובליקאַנער".
אונטער דער קאָפּיע פֿון דעם בריף איז געשטאַנען אַ שורה: „אַ דאָקומענט, וואָס באַדעקט אידען מיט אײביגער שאַנדע".
די געשיכטע מיט דעם בריף איז נאַטירליך געווען אַ גרויסע סענסאַציע. פֿאַר דער „טאָגעבלאַט" איז דאָס געווען אַ גרויסער קלאַפּ — אױף דער מינוט, וויניגסטענס.
אױף מאָרגען האָט מילער אַלס די הױפּט קאָפּ אױף דער נייעם פֿײַדזש געהאַט די צוויי ווערטער „אין פֿלאַמען!" אין די גרעסטע אותיות.
364דער ערשטער איינדרוק איז געווען, אַז עס איז עפּעס אַ שרעקליכע שריפֿה ערגעץ-וואו. אונטער דיזע צוויי גוואַלד-ווערטער איז געשטאַנען:
„דער גאַנצער אידישער קוואַרטאַל ברענט מיט גרימצאָרן געגען דער זונה פֿון כל ישראל, וועלכע האָט אין דיזען קאַמפּיין אַזױ לומפּיג באַשמוצט די עהרע פֿון אידישען פֿאָלק און האָט פֿאַרראַטען דעם יודענטום".
דאַן געהען אַ פֿאַר שורות וועגען „באַנדיטען" וואָס פֿליהען אַרום ווי „פֿאַר'סם'טע מייז", א. ז. וו.
אױף מאָרגען, דעם 1טען נאָוועמבער, איז די הױפּט-קאָפּ געווען (אַלץ מיט די גרעסטע בוכשטאַבען): „אַרױס פֿון קוואַרטאַל!" און אונטער דעם:
„איז דער געשריי פֿון אַלע אידען".
„די גאַנצע אידישע באַפֿעלקערונג איז אױפֿגערעגט. אין די בתי מדרשים, אין די פֿאַראיינען, אין די וואוינונגען און אין די גאַסען הערט ניט אױף צו קאָכען. סאַראָזאָן'ס יום-הדין קומט".
דאָס איז געווען די לעצטע וואָך פֿאַר די וואַהלען. עס איז אַלזאָ אַזױ אױסגעקומען, אַז דער קאַמף געגען דער „טאָגעבלאַט" איז געווען אַ טייל פֿון אונזער סאָציאַליסטישען וואַהל-קאַמף.
די „טאָגעבלאַט" האָב אָבער סיי-ווי-סיי ניט געהאַט קיין איינפֿלוס. אונזערע גענאָסען האָבען איהר גערהר געהאַסט, און איהרע אייגענע לעזער, די אָרטאָדאָקסישע אידען, האָבען איהר ניט געליבט. אין שפּעטערע יאָהרען האָט זי זיך געפֿיהרט מיט מעהר זעלבסטרעספּעקט, און אָרטאָדאָקסישע מענשען האָבען אױך געהאַט בעסערע געפֿיהלען צו איהר. אין יענע צייטען אָבער האָט זי אַזעלכע באַציהונגען ניט געקענט אַרױסרופֿען אפֿילו אין איהר אייגענעם לאַגער.
מיט די צוויי וויכטיגסטע מענשען אין דער „טאָגעבלאַט" רעדאַקציע בין איך געווען גוט באַקאַנט. ווען מיר פֿלעגען זיך באַגעגענען, פֿלעגען מיר שמועסען אױפֿ'ן פֿריינדליכסטען אופֿן. וועגען זייער זשורנאַליסטישער „מאָראַל" און וועגען זייער „אַר365טאָדאָקסישקייט" פֿלעגען זיי מיט מיר רעדען מיט אַ צינישער אָפֿענהערציגקייט.
— איהר ווייסט ניט, מיסטער קאַהאַן, ווי געשמאַק עס איז צו שרייבען אום שבת אַן אַרטיקעל געגען מחלל שבת זיין, — האָט איינער פֿון זיי אַמאָל צו מיר באַמערקט מיט אַ געלעכטער.
און דער צווייטער, ריידענדיג וועגען טעאַטער קריטיקען, האָט אַמאָל צו מיר געזאָגט, אױך מיט אַ צינישען שמייכעל:
— איהר שרייבט אייערע קריטיקען לױט אייערע איבערצייגונגען. ווען אַן אַקטיאָר געפֿעלט אייך, לױבט איהר איהם און באַקומט פֿון איהם קיין סענט ניט דערפֿאַר. ביי מיר געהט דאָס ניט. ווילסט אַ גינסטיגע קריטיק? דערלאַנג אַ פֿינף-און-צוואַנציגער, ברודער!
דער באַלעבאָס פֿון דער צייטונג האָט דאָס אַלץ געוואוסט. וואָס ער האָט ניט געוואואוסט, איז אַז דאָס איז אונאַנשטענדיג. ער האָט נאַטירליך פֿאַרשטאַנען, אַז אַזױ רעכענט זיך דאָס. ער איז אָבער געווען איבערצייגט, אַז דאָס רעדט זיך נאָר אַזױ. אי מיר, סאָציאַליסטען, פֿאַרקױפֿען זיך ניט, אי אונזער „פֿאָרווערטס" איז טריי זיינע פּרינציפּען? זיינען מיר אַ חברה משוגעים! ער אַליין האָט ניט מחלל-שבת געווען און איז אייגענטליך געווען אַן עהרליכער, אָרענטליכער מאַן. אי זיינע שרייבער טויערען און שרייבען אום שבת און עסען טריפֿה? זיינען זיי ניט די אייניגע אין אַמעריקא, און ווייטער, איז דאָך דאָס ביזנעם — אַ וואָרט, וועלכער מאַכט אַלץ כשר.
נאָך די וואַהלען האָבען די אַטאַקעם אין „פֿאָרווערטס" ניט אױפֿגעהערט. דער אָהוירן בריף איז שױן אָבער דערמאָנט געוואָרען זעהר ווייניג. עס איז געווען אַ שטרייט געגען „טאָגעבלאַט" דורכאױס פֿאַר גאָרדין'ען.
אונזערע גענאָסען האָבען זיך אָפֿגערופֿען אױף מילער'ם רוף. זיי זיינען אַריינגעצויגען געוואָרען אין זיין קרייץ-צוג געגען דער366„טאָגעבלאַט", און איהרע „פֿרומע" אַנטוואָרטען האָבען צוגעגאַסען אױל צו דעם פֿייער.
אין אַ צירקולאַר, וואָס איז אַרױסגעשיקט געוואָרען צו אונזערע אָרגאַניזאַציעם, האָט די קאָמיטע אױסגעדריקט באַדױערען, וואָס „אונזערע רייהען זיינען ניט פֿאַראייניגט, ווערענד דער „טאָגעבלאַט"-צד איז יאָ פֿאַראייניגט". מיט דעם האָט מען געמיינט מיך — אַן אָנצוהערעניש אױף דעם פֿאַקט, אַז איך שטעה פֿון ווייטען. איך געדענק ניט צו דעם צירקולאַר האָט געשריבען מילער צי אַן אַנדערער. יעדענפֿאַלס איז דאָס געטאָן געוואָרען אונטער זיין איינפֿלוס, וואָרים ער איז געווען דער אָנפֿיהרער פֿון דעם גאַנצען אַנטי-„טאָגעבלאַט" קעמפּיין.
גענאָסען האָבען גענומען אַפּעלירען צו מיר, איך זאָל אױך אַרױסטרעטען געגען דער „טאָגעבלאַט". מיין צוריק-האַלטען זיך מאַכט ניט קיין גוטען איינדרוק, האָבען זיי גע'טענה'ט. איניגע פֿון מיינע בעסטע פֿריינד און וואָרימסטע אָנהענגער האָבען אַזױ גערעדט צו מיר. און מיין קליינעם פּריוואַט-אָפֿיסעל (דער „פֿאָרווערטס" האָט זיך דאַן געפֿונען אין 148 איסט בראָדוויי) זיינען אָפֿט פֿאָרגעקומען דעבאַטען וועגען דער פֿראַגע.
איך פֿלעג ענטפֿערען, אַז דעם אָנהױב האָט געמאַכט גאָרדין, און אױף אַזאַ שטייגער, וועלכען מיר טאָרען ניט „ענקאָרעדזשען"*. איך פֿלעג ערקלעהרען, אַז אין די אַרױסטרעטונגען געגען דער „טאָגעבלאַט'ם" צבועטסטוואָס בין איך בערייט אַנטייל צו נעמען, אָבער אַז דער קאַמף איז אָפּגעצויגען געוואָרען אָן אַ זייט; אַז עס איז הױפּטזעכליך אַ קאַמף פֿאַר גאָרדין'ען, און אַלס אַזעלכער איז ער מיר ניט סימפּאַטיש. דערביי איז אױך געווען אַ פּערזענליכער געפֿיהל פֿון מיין זייט, און איך פֿלעג דאָס ערקלעהרען גאַנץ אָפֿען.
גאָרדין האָט מיך אױך אַמאָל אַטאַקירט פֿון דער טעאַטער-סטיידזש, צווישען די אַקטען, און אױך פֿאַר אַ באַמערקונג, וואָס איך האָב געמאַכט (אין אַ פּריוואַטען געשפּרעך) וועגען אַ געוויסער שטעלע אין זיינער אַ פּיעסע.
367„איך זאָל זיך אָננעמען פֿאַר איהם אונטער דיזע אומשטענדען, וואָלט געווען היפּאָקריטסטוואָ פֿון מיין זייט", פֿלעג איך זאָגען.
גאָרדין האָט ניט געקענט פֿאַרטראָגען די קלענסטע קריטיק. זי האָט געמעגט קומען פֿון אַ פֿריינד און אין דער פֿריינדליכסטער פֿאָרמע. ער פֿלעגט זיינע קריטיקער „ענטפֿערען" פֿון דער ביהנע אָדער שריפֿטליך און אױף אַן אונפֿאַרצייליכען שטייגער.
אַזאַ ערפֿאַהרונג האָב איך מיט איהם געהאַט גלייך אין דעם ערשטען יאָהר פֿון אונזער באַקאַנטשאַפֿט, ווען מען האָט אױפֿגעפֿיהרט זיין צווייטע פּיעסע, „דער רוסישער איד אין אַמעריקא", אין 1892. מיר זיינען דאַן געווען אין די בעסטע באַציהונגען. דורך דער „אַרבייטער צייטונג" האָב איך זיין טעטיגקייט אַלס דראַמאַטורג געגעבען די וואַרימסטע שטיצע. דעם „רוסישען איד אין אַמעריקא" האָב איך אױך געשטיצט. נאָר וועגען איין פֿערזאָן אין דער פּיעסע, אַן אימיגראַנט מיט'ן נאָמען „הוזדאַק", האָב איך אױסגעדריקט אַן אונגינסטיגע מיינונג. דער הוזדאַק האָט אין דער דראַמאַ פֿאָרגעשטעלט אַ קאָרופּטען אידישען אַרבייטער-פֿיהרער. אין מיין קריטיק האָב איך אָנגעוויזען אױף דעם, דאָס די פּיעסע שטעלט אַרױס נאָר אַזאַ „מאַכער", ווערענד די גוטע זייט פֿון אונזער אַרבייטער באַוועגונג, איהרע סימפּאַטישע טיפּען, שילדערט זי ניט. איך האָב דאָס אױסגעדריקט מיט די מילדסטע, פֿריינדליכסטע ווערטער. דאָך האָט גאָרדין אין דעם נעקסטען נומער „אַרבייטער צייטונג" פֿאַרעפֿענטליכט אַ בריף, אין וועלכען ער האָט מיין קריטיק אַטאַקירט, מיט אַ גיפֿטיגער אָנצוהערעניש, אַז מסתמא איז דער „הוזדאַקיזמוס" (די קאָרופּציאָן) ביי אונז „שױן אַריין צו ווייט"...
איך האָב דאַן ערקלעהרט, אַז אױב דאָס איז גאָרדין'ם גאַנג, וועל איך מעהר וועגען זיינע פּיעסען ניט שרייבען.
מען האָט דערנאָך געמאַכט שלום צווישען אונז, אָבער מעהר האָב איך קיין קריטיקען אױף זיינע דראַמאַס, אין פֿאַרלױף פֿון אַ לאַנגער צייט, שױן ווירקליך ניט געשריבען. פֿערזענליך זיינען368מיר צוערשט אָבער געבליבען אין גוטע באַציהונגען, און, ווי עס איז שױן דערצעהלט געוואָרען, איז ער די ערשטע עטליכע מאָנאַט פֿון „פֿאָרווערטס", אין 1897, געווען אַ מיטאַרבייטער ביי אונז.
אַ וואָך פֿאַר מיין אַוועקגעהן פֿון „פֿאָרווערטס", אין אױגוסט פֿון יענעם יאָהר, איז אונזער שלום ווידער איבערגעריסען געוואָרען.
ער האָט אױפֿגעשריבען די ערשטע העלפֿט פֿון אַן איבערבליק אױף מיין ראָמאַן „יעקל" און ער האָט דאָס מיר געגעבען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" (די צווייטע העלפֿט האָט ער געזאָלט ברענגען שפּעטער). אין אַ פֿריהערדיגען געשפּרעך מיט מיר, האָט ער אױסגעדריקט אַ זעהר גינסטיגע מיינונג וועגען „יעקל", און דזשיקאָב פּ. אדלער, דער שױשפּילער, האָט מיר אױך איבערגעגעבען, אַז גאָרדין האָט פֿאַר איהם געלױבט מיין ענגלישע ווערק. צו זיין געגען דער ערשיינונג פֿון זיין אַרטיקעל האָב איך, אַלזאָ, קיין אורזאַך ניט געהאַט: אָבער אַזױ ווי איך האָב שױן געהאַט אָנגעגעבען מיין רעזיגנײַשאָן אַלס רעדאַקטאָר און אַלץ איז שױן געווען פֿאַרטיג צו מיין אַוועקגעהן, האָב איך באַמערקט:
— עס וועט זיין בעסער, ווען אייער אַרטיקעל וועט ערשיינען ווען דער חתן וועט שױן ניט זיין דערביי. וואַרט אָפּ אַ וואָך. איך וועל שױן ניט זיין רעדאַקטאָר, וועט איהר דאָס דאַן אָפּדרוקען.
איך האָב דאָס געזאָגט אין דעם פֿריינדליבכסטען טאָן. צו מיין ערשטױנונג האָט ער זיך אָנגעצונדען און, צונעמענדיג דעם מאַנוסקריפֿט, האָט ער אױסגערופֿען זעהר בייז און שטאָלץ:
„יעקב גאָרדין איז ניט געוואואױנט, אַז וועגען זיינעם אַן אַרטיקעל זאָל מען זיך דינגען!"
איך האָב איהם באַקוקט מיט איבעראַשונג, און בין אַרױס פֿון צימער.
דער ברוגז צווישען אונז האָט זיך דאַן געצויגען ביי דריי יאָהר.
איין מאָל האָבען דר. קאַפּלאַן'ם פֿריינד, די סאָבסאָוויטשעס369פֿון וואָודביין, ניו דזשוירזי, איהם געמאַכט אַ סורפּרײַז-פּאַרטי* צו זיין געבורטסטאָג. גאָרדין און איך זיינען געווען צווישען די איינגעלאַדענע; און דאָרטען האָט קאַפּלאַן צוזאַמענגענומען אונזערע הענט און אַ שלום-עליכם.
מיט עטליכע מאָנאַט שפּעטער האָט געטראָפֿען דאָס פֿאָלגענדע:
מען האָט צום ערשטען מאָל געשטעלט גאָרדין'ם „שחיטה" אין טהאַליאַ טעאַטער, מיט קעסלער'ן אין דער ראָלע פֿון צלאָל ראַפּאָפּאָרט, מיט מאָגולעסקאָ'ן אַלם דער רב, מאַדאַם ליפּצין אַלס רבקה'לע און מאָשקאָוויטש'ן אַלס קלמן. איך און מיין פֿרױ זיינען געווען אין טעאַטער. נאָך דער פֿאָרשטעלונג בין איך געגאַנגען הינטער דער סצענע זיך זעהן מיט מאָגולעסקאָ'ן וועגען אַ געוויסער אָנגעלעגענהייט. ווען מאָשקאָוויטש האָט מיך דאָרטען געטראָפֿען, האָט ער ביי מיר געפֿרעגט ווי מיר געפֿעלט די נייע פּיעסע.
— צלאָל און דער רב זיינען גוט — האָב איך געענטפֿערט; וועגען רבקה'לען אָבער קען איך דאָס ניט זאָגען. אַ קלייןשטעדטעלדיגע מיידעל רעדט צו אַ לאָמפּ פּאָעטישע דבורים!
מיינע ווערטער האָבען דערגרייכט גאָרדין'ען, און מיט אַ פֿאָר וואָכען שפּעטער, אױף אַ פֿאָרשטעלונג, וועלכע מען האָט געמאַכט לכבוד איהם, האָט ער, ריידענדיג צווישען די אַקטען, מיך געמאַכט „אױסצודרעהען". ער האָט מיין נאָמען ניט דערמאָנט. ער האָט מיך אָבער איבערגעקרימט, אױסגעשפּאָט און באַליידיגט מיט אַזעלכע אָנצוהערענישען, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דעם עולם האָט פֿאַרשטאַנען וועמען ער מיינט.
איך האָב זיך דערוואואוסט דערפֿון, און דאַן — אין אַ געשפּרעך מיט מאָשקאָוויטש'ן, האָב איך געזאָגט: — עס איז, אַלזאָ, געפֿעהרליך צו האָבען אַ מיינונג וועגען גאָרדין'ם אַ פּיעסע. ווען מען זעהט ניט זיינע דראַמאַס, האָט מען ניט קיין מיינונג. נו, איהר קענט גאָרדין'ען פֿאַרזיכערען, אַז370וועגען זיינע ווייטערע ווערק וועל איך שױן קיין מיינונג ניט האָבען.
אַ לאַנגע צייט האָב איך זיינע פּיעסען ניט געזעהן.
די מאַכט, וואָס גאָרדין האָט געהאַט צווישען די אַקטיאָרען און דעם כבוד, וואָס ער האָט באַקומען פֿון עולם האָט אױף איהם געהאַט אַ באַזױפֿענדע ווירקונג.
פֿון דער נאַטור איז ער געווען אונבאַשרייבליך גרויס ביי זיך, און דער כעסן אין איהם איז געווען ניט קלענער ווי דער שטאָלץ.
אַמאָל פֿלעגט זיך דאָס אַלץ אַרױסווייזען, אין טשיקאַווע, אַמאָל אין פּיקאַנטע פֿאָרמען. צום ביישפּיל: איינער פֿון זיינע פֿריינד האָט אַרײַנגעפֿיהרט אַ באַקאַנטען קאָלעדזש פּראָפֿעסאָר אין דעם קאַפֿע, וואו ער, גאָרדין, פֿלעגט אָפֿט פֿאַרברענגען, און ער האָט זיי פֿאָרגעשטעלט. גאָרדין האָט יענעם מכבד געווען מיט אַ גלאָז טהעע און מיט אַ סיגאַר. נאָכדעם ווי זיי האָבען געשמועסט אַ געוויסע צייט, האָט גאָרדין'ם פֿריינד און זיין באַגלייטער פֿאַרלאָזען דעם קאַפֿע. דערביי האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿאַרגעסטען זיך צו געזעגענען. אין אַן עקספּלאָזיאָן פֿון צאָרן איז דער דראַמאַטורג באַלד נאָך איהם נאָכגעלאָפֿען. ער האָט איהם דעריאָגט אױפֿ'ן גאַס און איהם אָפּגעשטעלט.
— הער פּראָפֿעסאָר! — האָט ער געזאָגט, קױם אָטעמענדיג פֿון כעס — מיין גלאָז טהעע האָט איהר געטרונקען? מיין סיגאַר האָט איהר פֿאַררויכערט? קיין דאַנק און קיין „גוד-ביי" האָט איהר מיר אָבער ניט געזאָגט. איהר מוזט קומען צוריק.
ער האָט איהם כמעט געשלעפּט צוריק אין דעם קאַפֿע, און יענער איז געוואָרען אַזױ צוטומעלט, אַז ער האָט געפֿאָלגט, און אַריינקומענדיג אין קאַפֿע, האָט ער, ווי אַ צושראָקענער אינגעל, געזאָגט מיט אַן ערנסטער מינע:
371— איך דאַנק! גוד-באַי! — און איז אַוועק.
פֿאַר דער פֿריינדליכסטער אָנצוהערעניש אױף אַ חסרון אין זיינער אַ פּיעסע, פֿלעגט דיזער הויכער, ברייט-שולטערדינגער מאַן זיך אָנצינדען ווי אַ צובאַלעוועטע, ביזע קינד. פֿאַר אַזאַ „חוצפה" האָט ער מאַנכעם מאָל געסטראַשעט מיט זיין שטעקען.
די וואָס זיינען געשטאַנען אַרום איהם האָבען די ליטעראַרישע באַדייטונג פֿון זיינע פּיעסען איבערטריבען אָהן אַ שיעור, און ער אַליין האָט דאָס נאָך מעהר איבערטריבען. דאָס פֿלעגט ער אַרױסווייזען ווירקליך ווי אַ צובאַלעוועטע קינד.
ער איז געווען אַן עהרליכער מאַן, ניט אױף אַ האָר צוויידייטיג, און אָהן אַ ברעקעל כיטרעקייט; פֿלעגט ער זיין מיינונג וועגען זיין טאַלאַנט אַרױסזאָגען מיט אַ שטויענענדע אָפֿענקייט. ריידענדיג פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע, פֿלעגט ער זיך אַליין אַרײַנרעכענען צווישען די גרעסטע שרייבער פֿון דער וועלט-ליטעראַטור.
„אַט אַזעלכע גרויסע שריפֿטשטעלער ווי שעקספּיר, איבסען און יעקב גאָרדין" — האָט ער געזאָגט ביי צעהנדליגער געלעגענהייטען. דעם „יעקב גאָרדין" פֿלעגט ער צולייגען מיט אַ שמייכעל, אָבער אין זיינע ערקלעהרונגען פֿלעגט ער דאָס אַרױסברענגען אָהן אַ שמייכעל — גאַנץ ערנסט און גאַנץ אָפֿען.
פֿאַראיינען פֿלעגען איהם איינלאַדען צו האַלטען לעקטשורם; האָט ער מעהר ווי איין מאָל אַלם טעמא גענומען זיין נייעסטע דראַמאַ. ער פֿלעגט הייסען אַנאָנסירען, אַז „יעקב גאָרדין וועט קריטיקירען זיין לעצטע טעאַטער-שטיק", און אױף דער לעקטשור פֿלעגט ער ווייזען מיט וואָס זיין נייע דראַמא און איבסען'ם ווערק שטעהען אַזױ הױך, און פֿאַר וואָס זיין נייע פּיעסע איז נאָך העכער ווי איבסען'ם בעסטע פּיעסען. איך האָב אַמאָל בייגעוואואױנט אַזאַ לעקטשור זיינע.
איין מאָל האָט איינער פֿון זיינע פֿריינד געהאַלטען אַ פֿאָרטראַג וועגען דער מאָדערנער דראַמא אױף ענגליש. גאָרדין איז געקומען איהם הערען. דער פֿאָרטראַג האָט זיך באַצויגען אױף די דראַמאַטישע ווערק פֿון איבסען, האַרטמאַן און זודערמאַן.
372ווען דער לעקטשורער האָט געענדיגט, האָט גאָרדין גענומען דאָס וואָרט און געמאַכט אַ שטיקעל סקאַנדאַל: פֿאַר וואָס האָט דער לעקטשורער איבערגעהיפּט איהם, גאָרדין'ען. און אױב ער האָט דאָס שױן געטאָן, האָט ער יעדענפֿאַלס געדאַרפֿט דורכלאָזען זודערמאַן'ען אױך, וואָרים גאָרדין איז אַ וויכטיגערער דראַמאַטורג ווי זודערמאַן. זודערמאַן איז אַ שונד-שרייבער אין פֿאַרגלייך מיט איהם, — האָט ער ערקלעהרט.
איניגע פֿון זיינע אינטעליגענטע אָנהענגער פֿלעגען אױך ריידען וועגען זיין „באַדייטונג אין דער וועלט-ליטעראַטור". היינט קלינגט דאָס זעהר קאָמיש, אָבער דאַן פֿלעגען פֿאָרקומען סעריעזע דעבאַטען וועגען דעם.
איך האָב אױבען געזאָגט, אַז איך האָב ניט געענדערט די מיינונג וואָס איך האָב געהאַט וועגען גאָרדין'ם שרייבען אַרױסגעזאָגט אין 1892. זינט דאַן האָט ער געמאַכט פֿאָרטשריט אַלם אַ קענער פֿון דער ביהנע. דערפֿאַר אָבער האָבען זיך אין זיין שרייבען ענטוויקעלט גרויסע נייע פֿעהלערען.
זינט ער האָט אָנגעהויבען צו שאַפֿען אידעע-פּיעסען, איז געוואָרען אַלץ דייטליכער און דייטליכער, אַז צו אַזעלכע אױפֿגאַבען איז ער ניט צוגעפּאַסט. ער איז ניט געווען גענוג ענטוויקעלט, ניט אַלם דענקער און ניט אַלם קינסטלער. זיינע אידעע-פּיעסען זיינען פֿון אַ קינסטלערישען שטאַנדפּונקט שוואַכער אפֿילו ווי „סיביר", זיין ערשטלינג. פֿאַרקערפּערען אַ געדאַנק אין אַ דראַמא — דאָס איז ער אַבסאָלוט ניט געווען אימשטאַנד. ווי איך האָב שױן ערקלעהרט: דער געדאַנק פֿלעגט ביי איהם אױסגעדריקט ווערען מיט פֿראַזען, מיט חכמה'דיגע ווערטלעך (אָפֿט אינטערעסאַנטע), וועלכע ער פֿלעגט אַרײַנלייגען אין די מיילער פֿון די פֿאָרגעשטעלטע פּערזאָנען — פֿון פּערזאָנען, וואָס וואָלטען אין לעבען אַזעלכעם קיין מאָל ניט געקענט זאָגען.
שפּעטער, ווען זיינע פֿיעסען האָבען זיך באַוויזען אין רוסלאַנד, האָט מען דאָס אַלץ אױסגעלאַכט; אָבער — ווי עס איז שױן באַמערקט געוואָרען — אין די צעהן יאָהר, וועגען וועלכע מיר ריידען דאָ, האָט מען נאָך אין רוסלאַנד פֿון איהם ניט געוואואוסט. און זיינע אַמעריקאַנער אָנהענגער האָבען געגלױבט, אַז דאָרטען373וואָלט מען וועגען איהם געהאַט פּונקט אַזאַ הויכע מיינונג ווי זיי האָבען געהאַט.
ווען ער האָט מיך אָנגעגריפֿען פֿון דער ביהנע, האָב איך דאָס איגנאָרירט. אָבער באַגייסטערט ווערען פֿאַר זיינע מאַנערען האָב איך נאַטירליך ניט געקענט. איצט אַלזאָ, ווען נאָכדעם, ווי ער האָט די פֿאָרשטעהער פֿון דער אָרטאָדאָקסישער פּרעסע געזיידעלט פֿון דער סטיידזש, און מילער האָט אָנגעהויבען זיין ליאַרמדיגען קאַמף פֿאַר איהם, האָב איך זיך געהאַלטען פֿון ווייטען. דאָס איז אָבער ניט געווען בלױז צוליב מיינע פֿערזענליכע געפֿיהלען. יעדער זייטיגער מענש וואָלט מיט מיר געווען איינפֿאַרשטאַנען, אַז אָנשטאָט צו קעמפֿען פֿאַר איהם, האָט מען אין דיזען פֿאַל איהם בעדאַרפֿט לאָזען וויסען, אַז מיט דעם שטייגער, ווי אַזױ ער פֿיהרט זיך אױף אין באַצוג צו זיינע קריטיקער, קען מען ניט סימפּאַטיזירען.
וואָס אַנבאַטרעפֿט די אונציוויליזירטע אַנטוואָרטען פֿון דער „טאָגעבלאַט", בין איך געווען איבערצייגט, אַז איין אַרטיקעל וועגען דעם וואָלט געווען גענוג: אַרױסשטעלען איהר אין איהר ריכטיגען פֿאַרב, חוזק מאַכען און אַ סוף. די „טאָגעבלאַט" האָט קיין איינפֿלוס ניט געהאַט אפֿילו אױף איהרע אייגענע לעזער. מיר האָבען, אַלזאָ, ניט געהאַט וואָס ביי איהר אַװעקצונעהמען.
די וויכטיגקייט פֿון דער סענסאַציע מיט דעם אָהוירן בריף האָב איך אָנערקענט. איך האָב אָבער געגלױבט, אַז זי דאַרף ניט צוזאַמענגעמישט ווערען מיט דעם קאַמפּיין וואָס מילער פֿיהרט אָן פֿאַר גאָרדין'ען. איבערהויפּט האָט מען איבערגעכאַפּט די מאָס. מילער פֿלעגט אימער איבערכאַפּען די מאָס. ער פֿלעגט דאָס טהאָן אין דעם אינהאַלט פֿון זיינע אַטאַקעם אַזױ גוט ווי אין דעם סענסאַציאָנעלען כאַראַקטער פֿון זייער פֿאָרמע. ער איז געווען אַ ליידענשאַפֿטליכער שטרייטער. ווען ער פֿלעגט אָנהויבען אַן אַטאַקע, פֿלעגט ער ניט וויסען פֿון קיין גרעניץ, וואו מען דאַרף ענדיגען. אױך פֿלעגט ער ניט וויסען פֿון קיין גרעניץ צווישען דעם, וואָס מען מעג און וואָס מען טאָר ניט. אין אַזאַ פֿאַל פֿלעגט ער374זיך אַבסאָלוט ניט אָפּשטעלען פֿאַר קיינע מיטלען און פֿאַר קיינע אױסדרוקען.
אין „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 10טען נאָוועמבער, 1903, געפֿינט זיך אַ לייט-אַרטיקעל, וועלכען איך האָב געשריבען מיט דעם צוועק דעם אַנטי-„טאָגעבלאַט" קאַמף אָפּצוזונדערען פֿון דעם קאַמף פֿאַר גאָרדין'ען.
איך שטעל די פֿראַגע: „פֿאַרוואָס האָט די „טאָגעבלאַט" גאָרדין'ם פּיעסען פֿריהער ניט ערקלעהרט פֿאַר אונמאָראַליש? פֿאַרוואָס עפּעס פּלוצלינג איצט?
מיין אַנטוואָרט איז: „עס איז פֿאַר קיינעם קיין סעקרעט ניט, אַז די מאָראַלקרעמפּען, וועלכע האָבען פּלוצלינג אָנגעכאַפֿט די „טאָגעבלאַט", זיינען אַרױסגעקומען צוליב אַ גאַנץ פֿערזענליכע שטיכקעל ביזנעם. גאָרדין האָט פֿון סטיידזש געזיידעלט און באַשימפֿט די רעדאַקטערע פֿון סאַראָזאָן'ם צייטונגען פֿאַר אַ קריטיק, וואָס זיי האָבען געשריבען געגען זיין נייעסטע פּיעסע (צי גאָרדין'ם האַלטונג איז דאַ געווען גערעכט, צי זיין זידלעריי פֿון סטיידזש איז פֿאַסענד, איז אַ גאַנץ באַזונדערע פֿראַגע, וועגען וועלכער דאָ האַנדעלט זיך ניט). דאַן האָט זיך אָנגעהויבען קעהרען אַ וועלט. סאַראָזאָן'ם בלעטער האָבען זיך אַװעקגעלאָזען פֿאַיטען גאָרדין'ען, און זיי האָבען זיך גענומען פֿאַרניכטען ניט נאָר גאָרדין'ען, נאָר דעם גאַנצען רעאַליזם, סאָציאַליזם, יעדען פֿאַראיין, יעדע אָרגאַניזאַציע, יעדע באַוועגונג, וואָס שטרעבט צו ליכט, פֿרייהייט און פֿאָרטשריט. די „טאָגעבלאַט" סטראַשעט צו גריינדען שבת'דיגע יוניאָנס (דאָס הייסט יוניאָנס פֿון אַרבייטער, וואָס וועלען האַלטען שבת), אַלץ וואָס איהר ווילט.
די „טאָגעבלאַט" טענה'עט, אַז דער „פֿאָרווערטס" אַליין האָט אױך אױסגעדריקט ניט קיין גוטע מיינונג אױף געוויסע פּיעסען גאָרדין'ם*. דאָס איז ריכטיג, יעדער וואָס פֿאַרשטעהט עט375וואָס, פֿאַרשטעהט אַז גאָרדין איז דער בעסטער שרייבער פֿון לעבענס-פּיעסען פֿאַר דער אידישער ביהנע, און אַז ער האָט די אידישע ביהנע געשטעלט אױף אַ העכערער שטופֿע ווי זי איז געשטאַנען פֿאַר איהם. אָבער ווען דעם „פֿאָרווערטס" געפֿעלט ניט גאָרדין'ם אַ פּיעסע אָדער אַ טייל פֿון אַ פּיעסע, ווייזט דאָס דער „פֿאָרווערטס" אָן.
„אין דיזען קאַמף האַנדעלט זיך אָבער ניט וועגען גאָרדין'ען. ער איז ניט קיין דרייפֿום. ווען עס וואָלט געווען אַ פֿראַגע נאָר וועגען זיינעם אַ פֿאַיט, וואָלט דאָס קיינעם'ם באָבע'ם דאגות ניט געווען. אָבער די „טאָגעבלאַט" האָט זיך פֿאַרנומען גאַנץ ברייט; געגען דער גאַנצער הײַנטיגער ליטעראַטור פֿון אַלע לעבנדער האָט זי זיך גענומען קעמפֿען, געגען אַלץ וואָס איז פֿאָרטגעשריטען".
איך פֿאַרגלייך די „טאָגעבלאַט" צו איינעם וואָס האָט זיך אין אַ קריגעריי אַזױ צוהיצט, אַז ער סטראַשעט זיין געגנער צו געבען מיט'ן אױוון אין קאָפּ; דערנאָך סטראַשעט ער צו וואָרפֿען אױף איהם די גאַנצע שטוב אין קאָפּ, דערנאָך די גאַנצע שטאָדט, און ענדליך אַ גאַנצע גובערניע.
איך מאַך שפּאַס פֿון די גענאָסען, וואָס באַקלאָגען זיך, אַז אַרום דער „טאָגעבלאַט" איז מען פֿאַראייניגט, ווערענד ביי אונז איז ניטאָ קיין איניגקייט. און איך שלים מיט אַן ערקלעהרונג, אַז אין דעם קאַמף געגען פֿינסטערניש און צבועצטוואָס זיינען מיר אַלע פֿאַראייניגט, ווערענד אַרום דער „טאָגעבלאַט" איז ניטאָ ווער עס זאָל זיין פֿאַראייניגט, ווארים זי האָט ניט קיין אָנהעננער און קיין איינפֿלוס.
מילער און גאָרדין זיינען פֿאַר דעם לייט-אַרטיקעל געווען זעהר בייז. אָבער מילער האָט דאָס עפֿענטליך מיט קיין זאַך ניט אױסגעדריקט, און גאָרדין'ען פֿלעג איך סיי-ווי-סיי ניט זעהן. דער „פֿאָרווערטס" האָט איהם יעדענפֿאַלם געשטיצט.
אין דעם נומער, וואו עס איז געווען געדרוקט דער לייט-אַרטיקעל וועלכען איך האָב דאָ געבראַכט, האָב איך אױף דער376נעקסטער פֿײַדזש אַװעקגעשטעלט אַ באָקס (אַ קעסטעלע), מיט אַן איבערשריפֿט:
„פֿאַררעדט ניט די צייהן, מיסטער סאַראָזאָן! פֿאַרפֿױקט ניט דעם 6-טויזענד-דאָלאַרדיגען לעטער!"
אונטער דיזען קעפּעל גיב איך אַ משל: „מען האָט געבראַכט אַ אידען צום רבי'ן פֿאַר גנב'ענען אַן אינדיק. דער בחור דערצעהלט דעם רבי'ן אַ מעשה ווי אַ קוה איז געפֿלױגען איבער'ן דאַך און געלייגט אַן איי אום יום-טוב. ווי-זשע איז דער דין — פֿרעגט ער — נאָך בית שמאי'ן אָדער נאָך בית הלל'ן?
דער נמשל איז געווען, אַז אום צו פֿאַרפֿױקען די געשיכטע מיט זיין בריף צו דעם טאַמאַני אָטאַמאַן אָהוירן, האָט חאַצקעל סאַראָזאָן גענומען מאַכען גוואַלטען וועגען מאָראַל אין ליטעראַטור. איך שלים מיט די ווערטער:
„צי נאָך בית שמאי, צי נאָך בית הלל, חאַצקעלע, דעם אינדיק שטעק אָפּ!"
די „באָקס" האָט געמאַכט אַ „היט". איך האָב געדרוקט אַ צווייטע, מיט ווייטערע ערקלערונגען, אָבער מיט דעם זעלבען שלום: „חאַצקעלע, שטעק אָפּ דעם אינדיק!" אַ גאַנצע סעריע אַזעלכע „באָקסעס" האָב איך פֿאַרעפֿענטליכט.
דער ווערטעל איז געוואָרען זעהר פּאָפּולער. איך אַליין האָב אױף דער געשיכטע געקוקט מיט אַ שמייכעל. מיין הױפּט-צוועק איז געווען אָפּצוטיילען דעם קרייץ-צוג פֿאַר גאָרדין'ען פֿון דעם קרייץ-צוג געגען דער „טאָגעבלאַט".
אימעצער האָט פֿאַרפֿאַסט קופּלעטען מיט דעם צושפּיל: „חאַצקעלע, שטעק אָפּ דעם אינדיק!" און מען האָט זיי געזונגען אין אַ מוזיק-האָל.
די גאָרדין-פֿראַגע איז פֿון דער „טאָגעבלאַט"-פֿראַגע פֿאָלשטענדיג באַזייטיגט געוואָרען, הױפּטזעכליך דורך דער דאָזיגער „באָקס".
אין מיטען דעצעמבער, ווען מען האָט אױפֿגעפֿיהרט גאָרדין'ם נעקסטע פּיעסע, „די וואָרהייט", איז ביי אונז אױף מאָר377גען וועגען דעם געווען אַ גרויסער, פֿאַראָדנער באַריכט אױף דער ערשטער פֿײַדזש, מיט לױב-געזאַנג וועגען דער פּיעסע און מיט וואַרימע קאָמפּלימענטען צו איהם. ווער עס האָט דעם באַריכט געשריבען, געדענק איך ניט. איך האָב די פּיעסע ניט געזעהן. צו שרייבען אַ קריטיק (אַ חוץ דעם באַריכט) האָב איך באַשטימט מ. קאַטץ'ן, דעם אַנאַרכיסט. זיין אָפּשאַצונג איז געווען זעהר אַ גינסטיגע. דאָס וואָס איך בין אַליין ניט געגאַנגען זעהן די פּיעסע האָט געמאַכט בייז בלוט, אָבער ניט אױף לאַנג. די ערביטערונג איז איבערגעגאַנגען. עס איז כמעט געווען שלום.
עס איז אַוועק אַ מאָנאַט. אין אַ געוויסען פֿאַרמיטאָג, אין דעצעמבער, בין איך געזעסען און געשריבען אַ לייט-אַרטיקעל פֿאַר'ן מאָרגענדיגען נומער. איך בין געזעסען ביי מיין דעסק, לעבען אַ פֿענסטער, וועלכער איז אַרױסגעקומען צום יאַרד, אין דעם „פֿאָרווערטס" אָפֿיס, אין 148 איסט בראָדוויי. פּלוצלינג איז אַריינגעקומען מיין ברודער, איזידאָר — איסאַאַק, ווי איך פֿלעג איהם רופֿען — און ניט באַגריסענדיג זיך, אַן אױפֿגערעגטער, האָט ער אַװעקגעלייגט אַ פּאָסטעל-קאַרד פֿאַר מיינע אױגען.
די האַנטשריפֿט איז געווען אונזער פֿאָטער'ם.
די פּאָסטעל-קאַרד האָט ענטהאַלטען אַ שרעקליכע נאָכריכט: אונזער מוטער איז געשטאָרבען.
איך בין אױפֿגעשפּרונגען, און צוגעהענדיג צו מ. קאַטץ'ן, האָב איך ערקלעהרט, פֿאַרוואָס איך מוז אַװעקוואַרפֿען אין מיטען שרייבען. איך האָב איהם געבעטען ענדיגען דעם אַרטיקעל פֿאַר מיר.
איך בין מיט איסאַאַק'ן אַוועק צו מיר אַהיים.
דעם לייט-אַרטיקעל האָט מען געענדיגט, אָבער ניט קאַטץ. אַלס אַנאַרכיסט, האָט ער זיך ניט געקענט ערלױבען אַנטייל צו נעמען אין שרייבען אַ סאָציאַליסטישען לייט-אַרטיקעל. ער האָט378אַלזאָ געבעטען אַן אַנדער מיטאַרבייטער — יואל ענטין'ען — צו ערפֿילען מיין ביטע.
איסאַאַק האָט אַ געוויסע צייט געזאָגט קדיש, און איין מאָל האָב איך איהם באַגלייט ביז דער שוהל. איך האָב איהם זעהר מקנא געווען, וואָס ער זאָגט קדיש. מיין האַרץ איז געווען פֿול. איך בין געווען אין אַזאַ שטימונג, אַז מיר האָט זיך געוואָלט שרייען צו דער מאַמע'ן, אַז זיין קדיש איז פֿאַר מיר אױך.
שטונדען-ווייז פֿלעגען מיר זיצען און ריידען וועגען איהר, וועגען אונזער עלענד-געבליבענעם פֿאָטער, וועגען אונזער מוהמע פֿייגע און איהרע קינדער, וועגען ווילנא.
איך האָב אונזערע עלטערען נאָך אונזער באַגעגעניש, אין וויען, אין 1893, שױן מעהר ניט געזעהן. איסאַאַק אָבער האָט זיי באַזוכט מיט אַ פֿאָר יאָהר צוריק. דאַן איז מיין פֿרױ, וועלכע האָט יענעם זומער באַזוכט איהר פֿאַמיליע אין קיעוו, אױך געקומען קיין ווילנא, און זי איז מיט זיי באַקאַנט געוואָרען. זי און איסאאַק פֿלעגען פֿאַר מיר באַשרייבען זייער נעטע, ציכטיגע דירה און אױף אַנטאָקאָליע, לעבען דער שוהל.
אַ קורצע צייט נאָך דעם, ווי איסאַאַק האָט זיך אומגעקעהרט, האָט ער געהיירײַט, און איצט איז ער געווען אַ פֿאָטער פֿון אַ צוויי-מאָנאַטיגען זוהן. מעגניע, — אַן אַמעריקאַנער איבערזעצונג פֿון מענדעלע, — אַ נאָמען נאָך מיין פֿאָטער'ם ברודער.
פֿאַר אונזער מוטער איז דאָס געווען אַ גרויסע שמחה, און זי האָט פֿאַר דעם אייניקעל געשיקט אַ מתנה. אָבער באַלד נאָך דעם איז געקומען די טרױעריגע פּאָסטעל-קאַרד, און צו שרייבען אַ קבלה איז שױן ניט געווען צו וועמען. (מיט אַ יאָהר פֿיר שפּעטער איז ביי איסאַאַק'ן געבױרען געוואָרען אַ טאָכטער, און זי הייסט נאָך אונזער מוטער — שיינע — אַ נאָמען, וועלכער איז איבערזעצט געוואָרען אױף סילוויאַ).
[ז׳ 354] אין שפּעטערע יאָהרען האָט ער געהאַט ערפֿאָלג אױף דער ענגלישער ביהנע אין ענגלאַנד און איז אױף איהר שוין פֿאַרבליבען.
[ז׳ 361] מיט דעם וואָרט „קאַדעט" אַלס אַ זידעל-וואָרט, מיינט מען אין אַמעריקא אַן „אַלפֿאָנס", אַ יונג פֿון דער אונטערוועלט, וועלכער פֿאַרשקלאַפֿט אַ גאַסען-מיידעל און לעבט פֿון איהר שאַנד.
[ז׳ 363] מיר וועלען דערמאָנען דעם לעזער, אַז די ניו-יאָרקער אָרגאַניזאַציע פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי הייסט טאַמאַני האָל. פֿריהער פֿלעגען אין ניו-יאָרק זיין צוויי אָדער דריי באַזונדערע אָרגאַניזאַציעם פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. די גרעסטע און שטאַרקסטע איז געווען „טאַמאַני האָל", און די לעצטע יאָהרען איז זי געווען די אײנציגע (זעה צוויטען באַנד, פֿײַדזש 257).
[ז׳ 363] * רויטע ליכט. אַזױ האָט מען גערופֿען אונאַנשטענדיגע הייזער, ווייל די טירען און פֿענסטער זיינען ביי זיי געווען באַלױכטען מיט רױטע עלעקטרישע פֿלאַמען, און די טאַמאַני פּאָליציי און טאַמאַני פּאָליטישענס האָבען פֿון דיזע הייזער גענומען רעגעלמעסיגע מאָנאַטליכע אָדער וועכענטליכע כאַבאַר. מיט „רעד לייט" מיינט מען דאָ, אַלזאָ, טאַמאַני האָל (זעה דריטען באַנד, פֿײַדזשעס 363 און 364).
[ז׳ 366] צוגעבען מוט ווייטער אַזױ צו טאָן.
[ז׳ 369] אַ הוליאַנקע, וועלכע מען גרייט צו לכבוד אַ פֿריינד אָהן זיין וויסען און מיט וועלכער מען איבעראַשט איהם.
[ז׳ 374] זי האָט געמיינט מילער'ם אַרונטערריסענדע אַרטיקלען וועגען „גאָט, מענש און טייוועל" און „סאַפֿאָ".