379איך האָב געאַרבייט פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס" מיט ענערגיע און מיט אַ טיפֿען אינטערעס. מיר האָבען געהאַט אויסגעצייכענטע, לייכט-געשריבענע, סעריעזע אַרטיקלען און לייכטע לעזע-שטאָף אויף פֿאַרשידענע וועלטליכע טעמאַס. אַ. ליעסין האָט דאַן מיטגעאַרבייט טעטיג. אויך האָבען אָפֿט געשריבען מילער, ווינטשעווסקי, ש. פּעסקין און אַנדערע. איך האָב אויך צוגעקראָגען נייע מיטאַרבייטער.
איין מאָל האָט אַ קלאָוק-אָפּערייטאָר מיט'ן נאָמען גאָניקמאַן צוגעשיקט אַ בריף צו דער „פֿאָלקס-טריבונע". דער בריף איז געווען געשריבען מיט טאַלק און קלאָר. האָב איך דעם שרייבער איינגעלאָדען אין רעדאַקציע און איהם געמאַכט פֿאַר אַ מיטאַרבייטער. צו שרייבען קלאָר און טאַלקאָווע איז געווען אַ זעלטענע מעלה. איך פֿלעג ערהאַלטען בריף אָדער אַרטיקלען וואָס זיינען געווען געשריבען אויף אַ שעהנער שפּראַך, אָדער זאָגאַר אויף אַ שפּראַך, וואָס האָט אַרויסגעוויזען הויכע בילדונג. קלאָרקייט אָבער, און הויפּטזעכליך איינפֿאַכקייט און לייכטקייט, זיינען ניט געווען קיין געוועהנליכע אייגענשאַפֿטען. און דאָס האָב איך געזוכט מעהר ווי אַלץ. אַמאָל פֿלעג איך דורך דעם זיך מאַכען אַ שונא. אַן אינטעליגענטער, ענטוויקעלטער געוואַסע ברענגט עפּעס צום דרוקען. איך קוק איבער — עס איז גע-380שריבען שווער, מיט פֿאַרנעבעלטע פֿראַזען. דער עולם וועט דאָס קוים איינבייסען. איך נעם דאָס ניט אָן. פֿאַרוואָס? עס ענטוויקעלט זיך אַ דעבאַטע. איך ערקלעַר: אָבער מיינע ווערטער פֿאַלען אויף טויבע אויערען.
איינפֿאַכקייט און קלאָרקייט הייסט ביי דעם באַטרעפֿענדען שרייבער „וואָסערדיגקייט". ווען אַן אַרטיקעל לעזט זיך לייכט און אַלץ איז אין איהם דייטליך, קען מען פֿון איהם גאָרנים לערנען, טענה'ט ער. ער געהט אַוועק בייז.
אָבער דיזע פּשוט'קייט און דייטליכקייט, וועלכע איך האָב געפֿאָדערט פֿון יעדען שרייבער, איז געווען איינע פֿון די וויכטיגסטע אורזאַכען פֿון אונזער ערפֿאָלג.
די צייטונג איז געווען זעהר פּאָפּולער, און איהר פּאָפּולאַריטעט איז שטענדיג געוואַקסען.
אין „פֿאָרווערטס אסאָסיאיישאָן" זיינען ווייט ניט אַלע געווען צופֿרידען מיט מיינע „דרכים". אַ חוץ די אַלטע מיטגלידער, וואָס האָבען געגלויבט אַז דער „פֿאָרווערטס" איז אונטער מיין רעדאַקציע ניט גענוג סאָציאַליסטיש, זיינען דאָך איצט געווען „קענגערוס", וועלכע האָבען מיך קריטיקירט נאָך שאַרפֿער. און מיטגלידער, וועלכע זיינען נאָך געווען ניי אין לאַנד, בונדיסטען פֿון דער היים, זיינען מיט מיר געווען נאָך וויינינגער צופֿרידען אפֿילו ווי די „קענגערוס". זייערע באַגריפֿען וועגען דער אַרבייטער באַוועגונג, וואָס זיי האָבען געבראַכט פֿון דער היים, האָבען זיך צו אַמעריקאַנער באַדינגונגען ניט געפּאַסט. זיי האָבען דאָס אָבער ניט געקענט איינזעהן. דער „פֿאָרווערטס" האָט זיי ניט געקענט געפֿעלען. ער איז ניט געווען „רעוואָלוציאָנער" גענוג פֿאַר זיי.
עס זיינען ווידער פֿאָרגעקומען אָפֿטע דעבאַטען וועגען מיין פּאָליסי.
ווינטשעווסקי האָט זיך אָפֿט געטשעפּעט. עס זיינען אויך געווען אַ פֿאָר אַנדערע. וואָס פֿלעגען אָפֿט נעמען דאָס וואָרט געגען מיר — אַ מין אָפֿיציעלע אָפּאָזיציע. אין סך הכל אָבער האָט דאָס ניט געשטערט דעם אַלגעמיינעם גייסט פֿון פֿרידען און גענאָסען-
381שאַפֿטליכקייט. און אויף מאָרגען נאָך אַ הייסען מיטינג פֿלעג איך באַגעגענען אָן די אַלע דעבאַטען און טאָן מיין אַרבייט לויט מיינע איבערצייגונגען.
די סוירקולײשאָן איז אַלץ געוואַקסען.
דורך מענעדזשער יאַפֿע'ס אונטערנעמונגס-גייסט און געשעפֿטס-מוט האָט דער „פֿאָרווערטס" געקויפֿט אַן אייגענע הויז — אין 175 איסט בראָדוויי. איך זאָג „געשעפֿטס-מוט", ווייל טראָץ דעם שטענדיגען וואוקס פֿון דער סוירקולײשאָן, איז דער געשעפֿט נאָך אַלץ געווען באַלעסטיגט מיט חובות און איז אימער געווען געענגט אין געלט. די הויז האָט יאַפֿע געקויפֿט מיט צו-נויפֿגעבאָרגטע קעש אויף גרויסע פּראָצענטען, און אויף גרויסע מאָרטגיידזשעס.
ווינטשעווסקי האָט אַמאָל, אויף אַ מיטינג, באַמערקט: „ווען מען וואָלט מיר זאָגען, אַז יאַפֿע האָט אָפּגעקויפֿט דעם ברוקלין ברידזש*, וואָלט איך אויך ניט איבערראַשט געוואָרען".
צווישען די גענאָסען איז איבערגעבליבען אַן אַנעקדאָט, אַז אין אַ געוויסען מאָנאַט, ווען ס'איז ניט געווען מיט וואָס צו באַצאָלען רענט דעם לענדלאָרד, האָט יאַפֿע געפֿונען אַ „מיטעל": קויפֿען אַ הויז.
די הויז איז געוואָרען אונזער אייגענטום דעם 19-טען פֿעברואַר 1904. עס האָט זיך נאָר געפֿאָדערט צו מאַכען אין דער געביידע געוויסע ענדערונגען, איהר צוצופּאַסען צו די באַ-דערפֿנישען פֿון אַ צייטונג.
דעם 23-טען אַפּריל, 1904, אין אַ שבת-צו-נאַכט, האָבען מיר געפֿייערט דעם זיבעטען געבורטסטאָג פֿון „פֿאָרווערטס" מיט אַ באַנקעט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין 206 איסט בראָדוויי. דער יום-טוב איז געמאַכט געוואָרען לכבוד דעם ערפֿאָלג פֿון
382דער צייטונג, אַזוי גוט ווי אלם אַ יאָהרעס-פֿעסט. דער באַריכט וועגען דעם איז אין „פֿאָרווערטס" ערשינען דעם נעקסטען מאָנ-טאָג. דאָרטען ווערט ערקלערט, אַז דער באַנקעט איז אַראַנזשירט געוואָרען „צו פֿייערען דעם מערקווירדיגען סאַקסעס און וואוקס פֿון „פֿאָרווערטס".
אויך ווערט דאָרטען געזאָגט:
„דער „פֿאָרווערטס" האָט דערגרייכט די העכסטע שטופֿע, אויף וועלכער אַ אידישע צייטונג איז ווען עס איז געשטאַנען. פֿון פֿאַר-צוויי-יאָהרען ביז היינט איז די צאָל פֿון די „פֿאָרווערטס"-לעזער פֿאַרגרעסערט געוואָרען פֿינף מאָל. מיט אנדערע ווערטער: היינט ווערט פֿאַרקויפֿט פֿינף מאָל מעהר „פֿאָרווערטס'ן" ווי פֿאַר-צוויי-יאָהרען. דער „פֿאָרווערטס" האָט די גרעסטע צאָל לעזער, וועלכע אַ אידישע צייטונג האָט ווען עס איז געהאַט אירגענד וואו אויף דער וועלט.
„פּרעזידענט האָלשטיין האָט אין נאָמען פֿון דער אסאָסיאיי-שאָן אויסגעדריקט ווערימע צופֿרידענהייט מיט דער רעדאַקציע און מענעדזשמענט".
מיר האָט די אסאָסיאיישאָן אויפֿ'ן באַנקעט געגעבען אלם מתנה אַ זילבערנעם „לאָווינג קאָפּ" (אַ ליבעם בעכער), און יאַפֿע'ן — אַ גילדערנעם זייגער. אויפֿ'ן בעכער איז אויסגראַווירט אַ שעהנע „ווינייעטקע", אין וועלכער עס שטעהען די ווערטער:
Presented by Forward Association to Abraham Cahan April 21, 1904.
די מתנה שטעהט אימער אויף מיין טיש, אַ ליבער אָנ-דענקען.
צו דעם ערשטען מאַי האָבען מיר דאַן צוגעגרייט, אונטער מיין רעדאַקציע, אַ „זשורנאַל נומער פֿאָרווערטס" פֿון פֿילע פֿיי-דזשעס מיט אַ רייכען אינהאַלט. דורך אַ בריף האָב איך גע-בעטען פּאָול זינגער'ן, איינעם פֿון די הויפּט-פֿיהרער פֿון דער383סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי פֿון דייטשלאַנד, מיר צוצושי-קען אַ באַגריסונג צו דיזען נומער, און ער האָט די בקשת ערפֿילט.
אויך האָב איך פֿאַר דעם נומער ערהאַלטען אַן אַרטיקעל פֿון קאַרל קאַוטסקי.
לואי מילער האָט אין דעם נומער געהאַט אַן אַרטיקעל וועגען דעם רענט-סטרייק, וואָס האָט דאַן געהאַלטען אין פֿולען גאַנג. צווישען די אַנדערע וואָס האָבען אַנטייל גענומען זיינען געווען ליעסין, ווינטשעווסקי, יהואַש, ז. ליבין, יהודה שטיינבערג און ז. לעשץ (ז. לעווין).
איך האָב אין איהם געהאַט דריי אַרטיקלען: „די דריי וויכ-טיגסטע פּונקטען אין סאָציאַליזם", „גרויסע קינסטלער ביי די פֿאַרצייטיגע גריכען (רעאַליזם אין שטיין און רעאַליזם אין ליטע-ראַטור)" און „אַן אַמעריקאַנער, וואָס איז געשטאָרבען פֿאַר רעדע-פֿרייהייט".
פֿאַראַן דאָרטען אויך אַן אַרטיקעל פֿון בן הלל אונטער דעם טיטול „ווי אַזוי אַ מענש זעהט" (אַ קאַפּיטעל וויסענשאַפֿט לייכט ערקלערט).
דער „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 11-טען מאַי איז שוין ערשינען אין אונזער אייגענער היים. דאָס איז געווען דער ערשטער נומער וואָס האָט געהאַט אויף זיך דעם אַדרעס 175 איסט בראָדוויי. די הויז איז געווען אַ דריי-עטאַזשיגער מויער'ל, אָבער פֿאָרט אַן אייגענע היים. דאָס וואָס זי איז געשטאַנען ביי סואָרד פּאַרק, אין רעכטען צענטער פֿון דעם אַלטען אידישען קוואַרטאַל, און אין זיין שעהנסטען פּלאַץ, האָט איהר געגעבען פֿיל באַדייטונג. מיר זיינען געווען זעהר שטאָלץ מיט איהר.
סוכּות, 1904, האָט גאָרדין אויפֿגעפֿיהרט אַ דראַמא מיט'ן נאָמען „טהרת המשפּחה" (די ריינקייט פֿון פֿאַמיליען-לעבען). די צוויי ווערטער האָט די „טאָגעבלאַט" אָפֿט געברויכט אין איהרע384אַטאַקעס אויף איהם. זי האָט איהם באַשולדיגט אין פֿרע-דיגען אויסגעלאַסענקייט, אין אונטערגראָבען דעם פֿונדאַמענט פֿון טהרת המשפּחה. אין „פֿאָרווערטס", ווידער, איז אין דער צייט פֿון דעם פֿאַראיאָהריגען קאַמף קיינמאָל פֿילע מאָל אָנגעוויזען געוואָרען, אַז דער דאָזיגער „פּראָמער" געשריי איז דורכגעדרונגען מיט היפּאָ-קריטסטוואָ. אַזעלכע ווערטער ווי „טהרת המשפּחה צבוּעקעם" האָט מען דאַן ביי אונז באַגעגענט גאַנץ אָפֿט.
אַלזאָ, ווען עס איז אַנאָנסירט געוואָרען אַז גאָרדין האָט אויפֿגעשריבען אַ פּיעסע מיט'ן נאָמען „טהרת המשפּחה", האָט מען גלייך פֿאַרשטאַנען, אַז ער רייסט אין איהר אַרונטער די צבוּעצסטוואָ פֿון די פֿאַלשע „חטאים ראָמער".
די נייע פּיעסע איז געשטעלט געוואָרען אין טהאַליא טעאַ-טער פֿרייטאָג אָוונד, דעם 2-טען סעפּטעמבער. „פֿאָרווערטסיסטען" זיינען צו דער פֿאָרשטעלונג געגאַנגען ווי צו אַן אייגענעם יום-טוב. דער טעאַטער איז געווען פֿול מיט אונזערע גענאָסען און מיט אנדערע ראַדיקאַלען.
ווי עס איז שוין באַמערקט געוואָרען, זיינען די באַציהונגען צווישען גאָרדין'ען און מיר איצט געווען פֿיל בעסער ווי פֿריהער. מיר האָבען אַלץ ניט גערעדט, און אין דער רעדאַקציע פֿלעגט ער ניט אריינקומען, אָבער מיר האָבען זיך געהאַלטען ווי „פֿריינד פֿון ווייטען". אין באַצוג צו דער „טאָגעבלאַט" זיינען מיר אַלע געווען אין איין לאַגער.
איך האָב קיין גאָרדין פּיעסע שוין ניט געזעהן אַ יאָהר פֿינף, זינט זיין „שחיטה". זיין „טהרת המשפּחה" בין איך גע-גאַנגען זעהן. דאָס גופֿא איז געווען באַטראַכט אַלס אַ סימן אויף פֿריִדליכע באַציהונגען. איך האָב אויפֿריכטיג געהאָפֿט, אַז די נייע דראַמא וועט זיין אַ געלונגענע און אַז איך וועל איהר קענען לויבען.
צו מיין באַדויערען, און צו אַלעמענס באַדויערען, האָט זיך דיזען מאָל גאָרדין'ען זעהר ניט איינגעגעבען. „טהרת המשפּחה" איז איינע פֿון די שוואַכסטע זאַכען וואָס ער האָט ווען עס איז385אויפֿגעשריבען (ביז יענער צייט, ווייניגסטענס). וועגען דעם האָבען כמעט אַלע געהאַט איין מיינונג. אַ חוץ די געוועהנליכע פֿעהלערען פֿון גאָרדין'ס פּיעסען האָט דיזע פּיעסע געהאַט אונגע-הייערע פֿעהלערען איינפֿאַך אַלס אַ טעאַטער שטיק. זי איז אייגענטליך ניט געווען קיין טעאַטער שטיק, נאָר אַ רייהע דרשות. אַנשטאָט אַרויסצושטעלען די „טהרת המשפּחה"-היפּאָקריטסטוואָ אין בילדער און דראַמאַטישע האַנדלונגען, האָט ער זיין געדאַנק אויסגעדריקט מיט רעדעס, וועלכע ער האָט אריינגעלייגט אין די מיילער פֿון די שוישפּילער. סאָציאַליסטען האָבען די רעדעס אַפּלאָ-דירט אַלס רעדעס, ניט אַלס רייד פֿון פּערזאָנען אין אַ דראַמא. אַלס אַ פּיעסע האָט דאָס שטיק געלאַנגווייליגט און איז דורכגע-פֿאַלען.
אין מיינע אַרטיקלען וועגען ליטעראַטור פֿלעג איך אָפֿט ער-קלערען דעם אונטערשייד צווישען קונסט און אגיטאַציע, צווישען אַ אידעע, ווען זי ווערט פֿאַרקערפּערט אין בילדער, און אַ אידעע ווען זי ווערט ערקלערט מיט ווערטער. אין דיזען פֿאַל האָבען מיר געהאַט אַ שלאַנגענדען ביישפּיל פֿון אַגיטאַציע, וועלכע מען גיט אַרויס אַלס קונסט.
עס איז מיר געווען זעהר אונאַנגענעם. איך האָב קיין שום חשק ניט געהאַט וועגען דער פּיעסע צו שרייבען. מיר האָט פֿאַרדראָסען פֿאַר וואָס איך האָב ווידער ניט געשיקט אָן אַנ-דערען. אָבער ניט שרייבען, נאָך דעם ווי אַלע האָבען מיך גע-זעהן אין טעאַטער, וואָלט געווען אַזוי שלעכט ווי זאָגען דעם אמת. האָב איך זיך באַשלאָסען צו שרייבען אַן אָפֿענהערציגע, אויפֿריכ-טיגע קריטיק אין אַ פֿריינדליכען טאָן, ווייזען אַז דיזען מאָל האָט386מיין מילדע, העפֿליכע און פֿריינדליך אויסגעדריקטע קריטיק האָט, אין אונזער וועלטעלע, געפֿיהרט צו אַ גאַנצע קייט פֿון שטורעמדיגע פּאַסירונגען און איבערקערענישען.
מיין אַרטיקעל איז ערשינען זונטאָג, דעם 4-טען סעפּטעמ-בער.
ער פֿאַנגט זיך אָן מיט איניגע שורות וועגען דעם אונטער-שייד צווישען צבוּעצסטוואָ אין אונזער אַלטער היים און דעם סאָרט צבוּעצסטוואָ, וועלכען מען באַגעגענט צווישען אונזערע אימי-גראַנטען אין אַמעריקא. עס ווערט דערמאָנט דער פֿאַראיאָהריגער קאַמף מיט דער „טאָגעבלאַט", און איהרע אַטאַקעס אויף אַלץ וואָס איז פֿאָרטגעשריטען.
קומענדיג צו דער ניער פּיעסע, זאָג איך אַז איהר אידעע — איהר צוועק אַרונטערצורייסען די מאַסקע פֿון טהרת המשפּחה-צבוּעקעם — ווערט אין איהר ניט אַרויסגעבראַכט דורך שילדע-רונגען, נאָר ערקלערט אין רעדעס; אַז אַ דראַמא דאַרף פֿריהער פֿון אַלץ זיין אַ דראַמא, און אַז דאָס איז די נייע שטיק ניט; אַז די שוישפּילער האָבען ניט וואָס צו שפּילען; אַז אַנשטאָט צו שפּילען, האַלטען זיי „אַגיטאַציאָנס-רעדעס", אַזוי ווי זיי וואָלטען זיך געפֿונען ניט אויף אַ טעאַטער ביהנע, נאָר אויף אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿון אַ מאַס-מיטינג; אַז דער געדאַנק, וואָס גאָרדין האָט גענומען פֿאַר זיין טעמא איז ניט אויפֿגע-מאָלען, נאָר אויסגעשפּראָכען".
דאָס איז אין באַצוג צו די „פּאָזיטיווע" פּערזאָנען, די סימ-פּאַטישע. וואָס אַנבאַטרעפֿט די צבוּעקעס, דריק איך אויס די מיינונג, אַז זיי זיינען „פֿאָרגעשטעלט געוואָרען אויף אַ שטייגער, וועלכען מיר מוזען ליידער אַרײַנרעכענען צווישען די ביליגסטע אַרבייט פֿאַר דער ביהנע"; אַז די ראָלע פֿון אַ גראָבען יונג אַ פֿאַ-ליטישען איז אין דער פּיעסע „אַ גאַנץ געוועהנליכע קאַריקאַטור; קיין סימן פֿון אַ לעבעדיגען מענשען, אַן איבערקרימעניש ביי יע-דען וואָרט, ביי יעדען שריט. דאָס זעלבע איז מיט דער ראָלע פֿון דעם צבוּעצקען, פֿאַרשמאַלצענעם איסט-סיידער רעוורענד, וועלכער רעדט נאָר פֿון אידישקייט און מאָראַלע ריינקייט. אויך אַ קאַרי-קאַטור אַנשטאָט אַ בילד".
387איך ערקלער, אַז די פּיעסע האָט ניט קיין שום דראַמאַטישע ענטוויקלונג, און אַז דעריבער קען זי ניט געווינען דעם אינטערעס פֿון די צוזעהער.
איך גיב אַ משל אַ מיט אַ סקולפּטאָר, וועלכער נעמט זיך אויס-דריקען אַ געדאַנק דורך זיין קונסט, און וועלכער שאַפֿט אַ פֿיגור וואָס איז קיין פֿיגור ניט און האָט ניט קיין פּנים. דער סקולפּטאָר שרייבט אויף זיין סטאַטוע מיט ווערטער דעם געדאַנק, וואָס ער האָט געוואָלט פֿאָרשטעלען דורך סקולפּטור. גאָר-דין'ס פּיעסע שטעלט גאָרניט פֿאָר, אַלזאָ, האָט ער אין די מיילער פֿון די אַקטיאָרען אריינגעגעבען רעדעס, וועלכע ערקלערען דאָס, וואָס ער האָט געוואָלט שילדערען.
די איינציגע זאַך, וואָס איז אין דער פּיעסע גערְאַטען זיינען די וויצען, זאָג איך, און דעם איינציגען „היט" מאַכט מאַגו-לעסקאָ; „איהם האָט דער דראַמאַטורג אויך קיין בילד ניט גע-געבען. ער האָט זיך אָבער אַליין געשאַפֿען אַ ראָלע".
איך שליס מיט דער באַמערקונג:
„די אַגיטאַציאָנס-רעדעס האָט מען אַפּלאָדירט אָהן אַ שיעור און אין דעם איז געלעגען דער אויסדרוק פֿון דער מאַכט, וועל-כע איז געווען רעפּרעזענטירט אין טעאַטער — די מאַכט פֿון ליכט געגען פֿינסטערניש. דאָס איז אַ גרויסע מאַכט, און דאָס וואָס דיזען מאָל האָט דעם פֿאַרפֿאַסער זיך ניט איינגעגעבען, מאַכט ניט אויס... די וואָס קעמפֿען געגען די יאַרמולקע-בלאָפֿס זיינען פֿאַראייניגט... מיר זיינען אַלע פֿאַראייניגט אין דער ער-וואַרטונג אויף פֿיל בעסערע אַרבייט פֿון גאָרדין'ס פֿעדער און אויף אַ געלעגענהייט מיטצוהעלפֿען מאַכען אַ סוקסעס פֿון דעם אין יעדער באַציהונג".
צווישען די הייסע אָנהענגער פֿון יעקב גאָרדין האָט מיין אַרטיקעל אַרויסגערופֿען אַ שטורם, און מילער איז געווען איינער388פֿון די, וואָס האָבען אַרויסגעוויזען שאַרפֿע ענטריסטונג איבער דעם. ער האָט מיין קריטיק באַטראַכט אַלס אַן אַרויסטרעטונג ניט נאָר געגען גאָרדין'ען, נאָר אויך געגען איהם, מילער'ן, אַלס אָנפֿיהרער פֿון דעם אַנטי-„טאָגעבלאַט" קאַמף. אין אמת'ן האָב איך דאָס אַבסאָלוט ניט געהאַט אין זינען, און מיין קריטיק האָט ניט ענטהאַלטען דעם קלענסטען שפּור פֿון אַזאַ אָנצוהערעניש. ווי געזאָגט, האָב איך דאַן איבערהויפּט ניט געהאַט קיינע שלעכ-טע געפֿיהלען צו זיי.
מילער איז אָבער געווען אויפֿגעבראַכט. ער האָט אויפֿגע-שריבען „אַ קריטיק אויף אַ קריטיק", און ער האָט דעם מאַנו-סקריפּט מיר צוגעשיקט דורך אַ גענאָסע.
ווען איך האָב אַ קוק געטאָן אויף די ערשטע בלעטעל און געזעהן וואָס דאָס איז אַזעלכעס, האָב איך דעם מאַנוסקריפּט דעם שליח אומגעקערט.
— זאָגט איהם, אַז איך באַדויער זעהר, וואָס איך קען דאָס ניט אָננעמען, — האָב איך געזאָגט, — מיר האָבען אַ כּלל אין „פֿאָרווערטס", אַז קריטיקען אויף טהעאַטער קריטיקען ווערען ניט געדרוקט.
מילער האָט געוואוסט, אַז איך האָב אַזאַ כּלל איינגעפֿיהרט. אַ פֿאָר מאָל פֿריהער, ווען אַנדערע האָבען געשריבען קריטיקען אויף פּיעסען, און מען האָט פֿאָרגעשלאָגען צו שרייבען געגען-קריטיקען, האָב איך געגעבען דעם זעלבען אנטוואָרט. אין איין פֿאַל בין איך אַליין ניט געווען איינפֿאַרשטאַנען מיט'ן קריטיקער, אָבער איין מאָל איז זיין אַרטיקעל ערשינען, האָב איך קיין געגען-קריטיק ניט צוגעלאָזען. אַזוי פֿיהרט זיך אומעטום. ווען מען זאָל ערלויבען געגען-קריטיק אויף פּיעסען, וואָלט זיך אין יעדען פֿאַל פֿאַרצויגען אַ דעבאַטע, און דער קריטיק-שרייבער וואָלט פֿאַרלאָרען אינטערעס אין זיין אַרבייט.
איניגע פֿון אונזערע גענאָסען זיינען געוואָרען אונרוהיג. מען האָט ניט געוואָלט האָבען קיין צוזאַמענשטויסען אין אונזערע רייהען. אָנגעזעהענע מיטגלידער פֿון דער „פֿאָרווערטס אסאָ-סיאיישאָן" האָבען צו מיר אַפּעלירט אין נאָמען פֿון שלום-בית.
389איך האָב געענטפֿערט, אַז ווען איך זאָל מאַכען אַן אויסנאַמע און דרוקען מילער'ם אַרטיקעל, וואָלט מיט דעם די געשיכטע זיך אויך ניט געענדיגט. איבערלאָזען זיין געגען-קריטיק אָהן אַן ענטפֿער וואָלט איך ניט געקענט. און די אַרבייטערונג וואָלט סיי-ווי-סיי פֿאַרגרעסערט געוואָרען.
מילער האָט מיר געלאָזט וויסען, אַז ער „ערקלערט מלחמה".
עס האָט זיך געגומען קאַכען. אויף צו פֿיהרען מלחמות האָט מען מילער'ן געהאַלטען פֿאַר אַ גרויסען בריה, און, ווי שוין געזאָגט: איין מאָל פֿלעגט ער אויפֿנעמען אַ קאַמף, פֿלעגט ער ניט וויסען פֿון קיין גרעניצען. איז ער געווען אַ פֿריינד, איז ער געווען אַ ווארימער פֿריינד; האָט ער אייך גענומען באַ-קעמפֿען, פֿלעגט ער זיך ניט אָפּשטעלען פֿאַר קיין זאַך. (ס'איז שוין דערמאָנט געוואָרען, ווי ער האָט גאָרדין'ם „גאָט, מענש און טייוועל" אַרונטערגעריסען מיט זעקס אַרטיקלען. די „טהרת המשפּחה" איז פֿיל שוואַכער ווי „גאָט, מענש און טייוועל". וועגען דעם האָבען אַלע געהאַט די זעלבע מיינונג. דאָך איז מילער געווען בערייט פֿאַר דיזער פּיעסע צו פֿאַיטען מיט אַלע קרעפֿ-טען.)
יעקב גאָרדין האָט יענעם זומער און הערבסט רעדאַקטירט אַ מאָנאַט-שריפֿט מיט'ן נאָמען „דראַמאַטישע וועלט" (דער אַרויס-געבער איז געווען מײיקעל מינץ, דער מאַן פֿון דער שוישפּילערין קעני ליפּצין), האָט מילער זיין „קריטיק אויף אַ קריטיק" אָפּגע-דרוקט אין דיזער צייט-שריפֿט, אין דעם נומער פֿון דעם 15-טען סעפּטעמבער, 1904 (דאָס איז געווען איהר דריטער נומער. דער ערשטער איז ערשינען דעם 15-טען יולי).
איך האָב דעם אַרטיקעל דאַן איבערגעלעזען. און איצט, מיט דריי-און-צוואַנציג יאָהר שפּעטער, האָב איך איהם ווידער געלעזען. קיין זידלעריי ענטהאַלט ער ניט. דער שאַרפֿסטער אויסדרוק איז, אַז איך האָב „אַ זעהר שמאָלען, איינזייטיגען באַ-גריף וועגען דער דראַמא". מיין נאָמען ווערט אין איהם ניט דערמאָנט. עס ווערט גערעדט נאָר וועגען „דעם „פֿאָרווערטס"-קריטיקער".
390אַלם איינלייטונג גיט די רעדאַקציע פֿון די „דראַמאַטישע וועלט" די פֿאָלגענדע ערקלערונג:
„דיזע אונפֿאַרטייאישע קריטיק איז געווען פֿאַרוואָרפֿען פֿון'ם רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס". מען האָט איהר אויך ניט געוואָלט געבען פּלאַץ צווישען די „פֿאָלקס-שטימען". צוליב דיזער קרי-טיק, אויפֿ'ן פֿאַרלאַנג פֿון דעם אוטאָר, נעמען מיר אַרויס אונזער ענטפֿער צו אַ בראָנזווילער אינטעליגענט וועגען דער פּערזענליכ-קייט פֿון דעם קריטיקער פֿון „פֿאָרווערטס". עס וועט זיין גע-דרוקט אין דעם נעקסטען נומער „דראַמאַטישע וועלט".
דאַן געהט מילער'ם אַרטיקעל. אָט זיינען אַלע וויכטיגע שטעלען אין איהם:
„דער קריטיקער זאָגט, אַז ער האָט ערוואַרט דאָס גאָרדין וועט זיינע געדאַנקען אויפֿמאָלען, און אַזוי ווי ער האָט ניט אויפֿגעמאָ-לען נאָר אויסגעשפּראָכען, דעריבער איז די פּלעי אַ דורכפֿאַל. מיט אַנדערע ווערטער, דער קריטיקער ערקלערט, אַז אַזוי ווי גאָר-דין האָט ניט געגעבען דאָס, וואָס דער קריטיקער האָט ערוואַרטעט, נאָר דאָס וואָס גאָרדין האָט געוואָלט, דאַרום איז די דראַמא אַ דורכפֿאַל.
„דאָס איז אַ ניער שטאַנדפּונקט אין קריטיק פֿון אַ דראַמא. ווען דיזער שטאַנדפּונקט וואָלט געווען אַ ריכטיגער, וואָלט מען גע-קענט פֿאַרניכטען ניט נאָר יעדע פּלעי פֿון גאָרדין, נאָר פֿון יעדען שריפֿטשטעלער, יעדען מאָהלער, יעדען קינסטלער.
„אַ דראַמא, ווי יעדע קונסט-ווערק, ווערט ניט באַהאַנדעלט פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ קריטיקער, זאָנדערען פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון דעם פֿאַרפֿאַסער זעלבסט. די ערשטע פֿראַגע וואָס אַ קריטיקער דאַרף זיך שטעלען, איז וואָס דער פֿאַרפֿאַסער האָט געוואָלט אויסדריקען אין זיין ווערק. די צווייטע פֿראַגע איז, צי דאָס איז איהם געלונגען. ווען אַ פֿאַרפֿאַסער געלינגט צו עררייכען דעם צוועק, וועלכען ער זעלבסט האָט זיך געשטעלט, איז די אויפֿגאַבע ערפֿילט און דאָס ווערק איז געלונגען.
„דער קריטיקער פֿון „פֿאָרווערטס" נעמט אָן, אַז גאָרדין האָט געוואָלט אָנמאָלען אַ בילד, וואו דורך כאַראַקטערען און391דורך טיפּען, דורך לעבענס-האַנדלונגען און לעבענס-טרייהייט זאָ-לען דורכגעפֿיהרט ווערען געוויסע אונזערע אידעען, געדאַנקען און געפֿיהלען וועגען סאַראָזאָן'ען און און זיין יאַרמולקע. דער קריטיקער דענקט אַזוי, ניט ווייל די פּיעסע זעלבסט באַווייזט, אַז דאָס איז געווען דער צוועק פֿון דעם פֿאַרפֿאַסער. פֿאַרקערט, דאָס, נאָך דער מיינונג פֿון דעם קריטיקער, באַווייזט די פּיעסע גאָר ניט. ער דענקט אַזוי, ווייל נאָך זיין מיינונג, מוז אַ דראַמא געשריבען ווערען אַזוי און ניט אַנדערש. געמאָלט, דענקט דער קריטיקער, מוזען אין אַ דראַמא ווערען דעם פֿאַרפֿאַסער'ס געדאַנקען, און ניט געשפּראָכען מוזען זיי ווערען. דער קריטיקער באַווייזט דאַביי, אַז ער האָט אַ זעהר שמאָלען, איינזייטיגען שטאַנדפּונקט וועגען דער דראַמא.
„ניט אַלע דראַמען מוזען זיין בילדער, וואו געוויסע געדאַנקען ווערען אויסגעדריקט פֿון „געמאָלטע" טיפּען און כאַראַקטערע. די גרעסטע טייל פֿון די דראַמאַטישע קונסט-ווערקע פֿון אַלע צייטען ווייסען גאָר ניט פֿון אַזעלכע מאָלערייען.
„שעקספּיר'ס האַמלעט האָט אין זיך קיין איינציגען טיפּ ניט, קיין לעבענס-כאַראַקטער ניט, קיין לעבענס-בילד ניט, קיין זאַך ניט, וואָס וואָלט עראינערט אויף איין האָר אויף דעם ווירקליכען לעבען, די רעאַליסטישע ווירקליכקייט.
„איך גיב צו, אַז די כאַראַקטערע אין דיזער דראַמא זיינען ניט אַזוי גוט אַרויסגעבראַכט ווי אין אַנדערע גאָרדין'ס דראַמען, אָבוואָהל (און דאָס דערצײילט דער קריטיקער ניט) זיי זיינען פֿיל בעסער ווי אין די דראַמען (גאָרדין'ס) וועלכע האָבען דעם גרעס-טען ערפֿאַלג אויף דער אידישער ביהנע. ניט „שלמה חכם", ניט אפֿילו די „וואָרהייט" קען זיך באַריהמען מיט אַזעלכע טיפּען ווי דער אַפּטייקער, אָדער זאָגאַר דער אונגליקליכער אַלטעטשקער פֿון „יענער זייט ים".
„עס איז אַן אונגערעכטיגקייט אַזוי צוצוגעהן צו אַ ווערק, וועלכע פֿון די ערשטע ביז די לעצטע פֿון איהרע צײילען איז גע-ווידמעט ניט דער אידעע פֿון קונסט, נאָר דעם קאַמף פֿאַר רעכט און פֿאָרטשריט אין אידישען קוואַרטאַל.
„עס איז געשמאַקלאָז צו מאַכען פֿאָרווירפֿע דיזען ווערק392פֿאַרוואָס דאָס איז אַ ווערק פֿון מאָמענטאַלען קאַמף און ניט אַ ווערק פֿון די אייביגע קונסט*.
„ווען אַ מאָלער וויל מאָלען קאַמף, איז ער ווילקאָמען דאָס צו טאָן. אָבער ווען איינער דענקט, אַז די צייט איז ניט פֿאַר'ן פּענזיל, זאָנדערן פֿאַר'ן שטעקען, דאַן איז די איינצעלנע פֿאָדערונג, וועלכע איהר האָט אַ רעכט איהם צו שטעלען, ער זאָל דיזען שטעקען אָנווענדען ריכטיג און שטאַרק...
„וואָס אַנבאַטרעפֿט זיין רעכט צו געברויכען אַזאַ שטעקען, דאָס איז ניט נאָר אַנערקענט געוואָרען פֿון די בעסטע דראַמאַ-טורגען. עס איז באַוויזען געוואָרען, אַז אין געוויסע מאָמענטען איז דער פּענזיל איינפֿאַך לעכערליך, אַז אַ שטאַרקער וואָרט אונטער אַ שטאַרקען אַקאָמפּאַנימענט קען אויפֿטאָן מעהר ביל-דענדע אַרבייט ווי די פֿיינסטע אַרטיסטישע שטריכען פֿון מאָהלעריי."
„נים שפּאַנענד?" — פֿרעגט ער — דאָס איז אַ פֿאָדערונג, וועלכע די אמת'ע רעאַליסטישע קריטיק דאַרף אַנערקענען אַם-ווייניגסטען. דאָס אמת'ע לעבען איז זעהר זעלטען שפּאַנענד. די בעסטע דראַמען נאָך אַלץ ווייניגער. אַז אַ דראַמא זאָל זיין שפּאַנענד פֿאָדערען די מענעדזשערס, וועלכע האָבען זייער אַר-טיסטישע בילדונג גענאָסען אין דעם באָקס-אָפֿיס.**393מילער ענדיגט מיט די פֿאָלגענדע שורות:
„צום שלום וויל איך זאָגען, אַז איך וואָלט זיך ניט גענומען צו געבען אַ קריטיק דורך דער „פֿאָלקס-טריבונע", ווען דאָ וואָלט געווען אַ פֿראַגע וועגען די ריכטיגע אויפֿפֿאַסונג פֿון אַ קונסט-ווערק און ניט מעהר. ליידער אָבער האָט דיזע פֿראַגע אין אונזער קוואַרטאַל אַ פֿיעל גרעסערע און טיפֿערע באַדייטונג ווי דער ערפֿאָלג אָדער מיסערפֿאָלג פֿון אַ דראַמא. אויף דיזער פֿראַגע האָט זיך אויפֿגעהויבען יענער ריזען-שטורם, וועלכער האָט אַזוי שעהן דורכגעלייטערט די מאָראַלע אַטמאָספֿערע פֿון קוואַרטאַל. דער „פֿאָרווערטס" האָט קיין רעכט ניט צו צושטערען די אַרבייט פֿון פֿילע, ווען אַזוי פֿיל אָפּפֿער זיינען געפֿאַלען, ווייל זיין קריטיקער האָט זיך באַוויזען, אַז עס איז בעסער צו מאָלען אַ קאַמף אויף דער ביהנע איידער צו קעמפֿען אויף איהר".
איך האָב, נאַטירליך, געפֿאָדערט, אַז גאָרדין זאָל זיין פּיעסע ווידמען ניט „דער אידעע פֿון קונסט", נאָר דער אידעע פֿון אַרונטעררייסען צבוּעצסטוואָ, וועלכע ער אַליין האָט גענומען פֿאַר זיין טהעמא; ניט אַז ער זאָל „מאָלען קאַמף", נאָר אַז ער זאָל מאָלען צבוּעצסטוואָ. עס האָט זיך אויך געבעטען צו ענט-פֿערען, אַז אויב „די פֿעדער איז מעכטיגער ווי דער שווערד", איז אַ קינסטלער'ס פּענזיל מעכטיגער ווי טויזענד שטעקענס. נאָך אַ פֿאָר באַמערקונגען האָט זיך געבעטען צו מאַכען. איך האָב אָבער קיין ענטפֿער ניט געשריבען.
עס איז גראָד אַזוי אויסגעקומען, אַז דריי-פֿיער וואָכען נאָכדעם ווי איך האָב צוריקגעוויזען מילער'ם אַרטיקעל, האָבען באַדאַרפֿט פֿאָרקומען די יעהרליכע וואַהלען אויף רעדאַקטאָר. (דעם לעצטען מאָל בין איך ערוועהלט געוואָרען אין אָנהויב אָקטאָבער, נאָך מיין צוריק-קערען פֿון ניו-מילפֿאָרד).
394איך האָב גענומען הערען, אַז מילער אַגיטירט שטאַרק צווישען די גענאָסען געגען מיין ווידער-ערוועהלונג.
אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון מאָנטאָג, דעם 3-טען אָקטאָבער (1904), געפֿינט זיך אַ נאָטיץ:
„וויכטיגער ספּעשעל מיטינג דיזען דאָנערשטאָג, אָקטאָבער 6, אין 83 פֿאָרסיטה סטריט, רום 3. טאַגעס-אָרדנונג, רעדאַקציאָנס-וואַהלען".
צו דיזען מיטינג האָט זיך מילער שטאַרק געגרייט; ער האָט זיך געגרייט צו מאַכען אַ שטאַרקע אַטאַקע אויף מיר און אַרויסצושטעלען ווינטשעווסקי'ן אַלם געגען-קאַנדידאַט. און ער האָט אַגיטירט צווישען די גענאָסען, געקליבען שטימען געגען מיר.
דער אָוונט איז איז געקומען. דער מיטינג איז געווען דער גרעסטער וואָס די אסאָסיאיישאָן האָט ווען עס איז געהאַט. די צאָהל פֿון מיטגלידער איז דאַן געווען עטליכע און זיבעציג, און כמעט אַלע זיינען געווען אַנוועזענד. מען האָט פֿאַרנאַכלעסיגט וויכטיגע פּריוואַט פֿליכטען און מען איז געקומען צו דער פֿאַר-זאַמלונג.
מילער, ווינטשעווסקי און אַ דריטער גענאָסע, וועלכער איז געווען פֿריינדליך צו מיר (איך געדענק ניט זיין נאָמען) זיינען געזעסען צוזאַמען.
מילער'ם אַטאַקע איז הויפּטזעכליך באַשטאַנען אין אַן ערקלערונג, אַז איך מאַך דעם „פֿאָרווערטס" „צו אידיש", צו נאַציאָנאַליסטיש, און אַז אונטער מיין רעדאַקציע איז דאָס ניט קיין סאָציאַליסטישע צייטונג. ער האָט דאָס אויסגעדריקט אין דער פֿאָרמע פֿון אַ רעזאָלוציע, וועלכע ער האָט פֿאָרגעשלאַגען דער פֿאַרזאַמלונג.
ער האָט געהאַלטען אַ פֿיערדיגע רעדע. זיין שפּראַך איז געווען אַ ביטערע. פֿון באַליידיגענדע אויסדריקע איז זי אָבער געווען פֿריי.
אין מיין ענטפֿער האָב איך, אונטער אַנדערע זאַכען, אָנגע-וויזען אויף דעם פֿאַקט, אַז מילער אַליין האָט געשריבען אַ לייט-395אַרטיקעל, אין וועלכען ער האָט פֿאַרטיידיגט מיין ענטפֿער צו דעם יונגען מאַן וואָס האָט געפֿרעגט אויב ער זאָל זאָגען קדיש (זעה אויבען, פֿיידזש 282).
ווען מען האָט די רעזאָלוציע איבערגעגעבען צום אָפּשטימען, זיינען נאָר אַכט שטימען אָפּגעגעבען געוואָרען פֿאַר איהר. אַלע איבעריגע מיטגלידער האָבען געהויבען די הענט געגען איהר.
דאַן האָט מילער געפֿאָדערט, אַז די וואַהלען זאָלען אָפּ-געלייגט ווערען — אויף דעם גרונד, דאָס מאַן נאָמינירען קאַנדידאַטען און שטימען פֿאַר זיי דעם זעלבען אָוונט איז אונגעזעצליך. מען האָט איהם אָבער דערמאָנט, אַז ער אַליין איז אַ פֿאָר מאָל געווען נאָמינירט און עלעקטעט רעדאַקטאָר דעם זעלבען אָוונט, און זיין „מאָושען" (פֿאָרשלאַג) איז דורכגעפֿאַלען.
ווינטשעווסקי איז אַלם קאַנדידאַט ניט געלאָפֿען. מילער האָט מען געמאַכט אַ „ריסעס" (הפסקה) און מען האָט געשיקט אַ קאָמיטע אויפֿזוכען זאַמעטקין'ען.
— מיר וועלען וואַרטען אַ גאַנצע נאַכט, אויב מען וועט דאַרפֿען! — האָט איינער אויסגערופֿען, און זיינע ווערטער זיינען באַגריסט געוואָרען מיט שטורעמדיגע אַפּלאָדיסמענטען.
זאַמעטקין האָט געוואוינט גאַנץ ווייט. די קאָמיטע איז געווען באַרייט צו פֿאָהרען צו איהם אַהיים. מען האָט איהם אָבער געפֿונען אין אַ קאַפֿע, שפּיעלענדיג שאַך. ער האָט די נאָמיניישאָן ניט אָנגענומען. זיין ענטפֿער איז געווען, אַז ער איז ניט קיין קאַנדידאַט, און אַז דער „פֿאָרווערטס" האָט שוין אַ רעדאַקטאָר — קאַהאַן'ען.
איך בין, אַלזאָ, געווען דער איינציגער קאַנדידאַט. מען האָט אָפּגעשטימט, און נאָר צוויי מיטגלידער האָבען געשטימט געגען מיר: מילער און דער גענאָסע, וואָס איז געזעסען לעבען איהם און וועמעס נאָמען איך קען זיך ניט אַראינערען. ווינטשעווסקי האָט גאָרניט געשטימט. ווייטער האָבען אַלע געהויבען די הענט פֿאַר מיר, פֿינף פֿון די אַכט, וואָס האָבען396פֿריהער געוואָוט געגען מיין „צו אידישע" רעדאַקציע, אַריינ-געריכענט.
די גענאָסען פֿון פֿילאַדעלפֿיא האָבען אָפּגעמאַכט מיט איי-נעם פֿון אונזערע ניו יאָרקער חברים, אַז מען זאָל זיי טעלעפֿאָ-נירען דעם רעזולטאַט פֿון דער אָפּשטימונג. און זיי האָבען דעם גאַנצען אָוונט געוואַרט אויף דער נאַכריכט. ווען מען האָט זיי גע-מאָלדען דעם רעזולטאַט, האָט זיך דורכ'ן טעלעפֿאָן געהערט אַ באַגייסטערטער „הוררא".
עטליכע טעג שפּעטער איז ערשינען דער פֿערטער נומער „דראַמאַטישע וועלט". ער האָט ענטהאַלטען דריי לאַנגע אַר-טיקלען געגען מיר (איינער פֿון זיי איז געווען אין דער פֿאָרמע פֿון אַן ענטפֿער צו דעם אויבען-דערמאָנטען „בראָנזווילער אינ-טעליגענט"). אין אַלע דריי אַרטיקלען האָט גאָרדין מיט מיר זיך אָפּגערעכענט „מיט דער פֿולער האַנט". ער האָט מיך פֿאַר-געשטעלט פֿאַר דעם אומוויסענדסטען, קלענסטען, קליינליכסטען און ערגסטען מענשען.
דער נומער האָט אייגענטליך ענטהאַלטען אַ פֿערטען אַרטיקעלע — „אַ שטימע פֿון פֿאָלק" — וועלכער איז אויך געווען געגען מיר. כמעט דער גאַנצער נומער איז געווען פֿאַרנומען מיט מיין ווייניגקייט.
איך האָב דאָס אַלץ איגנאָרירט, ניט געענטפֿערט מיט קיין איינציגען וואָרט.
דאָס איז געווען דער לעצטער נומער „דראַמאַטישע וועלט". מעהר איז זי שוין ניט ערשינען.
אַרום דער זעלבער צייט האָט מילער אַדווערטייזט אַ מאַס-מיטינג געגען דער „אידישקייט" פֿון דעם „פֿאָרווערטס". ער איז געווען דער הויפּט-רעדנער. ער האָט ביטער אַטאַקירט מיין רעדאַקציע. דערנאָך האָט ער עהנליכע רעדעס געהאַלטען אויף אַנדערע מאַסען-פֿאַרזאַמלונגען — אומעטום גיפֿטיג קרי-397טיקירט מיין רעדאַקציע, און אומעטום מיך אַטאַקירט פֿאַר מיין „אידישקייט".
נאָך דעם אָוונט, אויף וועלכען עס זיינען פֿאָרגעקומען די וואַהלען, האָבען מילער און ווינטשעווסקי אויף די פֿאַרזאַמ-לונגען פֿון דער אסאָסיאיישאָן זיך פֿאַרהאַלטען מיט אַ שאַרפֿער פֿיינדליכקייט און גיפֿטיגקייט צו מיר.
אַזוי זיינען אַוועק עטליכע מאָנאַטען. דאַן האָט מילער אויפֿגעהערט צו קומען צו די מיטינגען.
[ז׳ 381] דער עלטסטער פֿון די גרויסע בריקען, וואָס פֿאַראייניגען אַלט ניו-יאָרק מיט ברוקלין.
[ז׳ 392] די ווערטער „און ניט" זיינען דאָ, אין דעם געדרוקטען אַרטיקעל, ניטאָ. עס איז דייטליך, אַז דאָס איז אַ דרוק-פֿעלער.
[ז׳ 392] * די טעאַטער מענעדזשערס פֿלעגען שונד-פּיעסען אַדווערטייזען מיט די ווערטער „העכסט-אינטערעסאַנט" אָדער „זעהר שפּאַנענד", און מיר פֿלעגען די דאָזיגע אַדווערטייזמענטס אויסלאַכען. אין מיינע קריטיקען פֿלעג איך אימער ווייזען, אַז נאַטירליכע קינסטלערישע שילדערונגען זיי-נען אַ סך אינטערעסאַנטער ווי בילליגע מעלאָדראַמאַטישע סענסאַציעס. ווי דער לעזער קען זעהן, ווערט דער וואָרט „שפּאַנענד" דאָ געברויכט פֿון מילער'ן אין אַזאַ זין, אַזוי ווי נאָר שונד-ווערק וואָלטען געווען אינ-טערעסאַנט. דאָס קלינגט ווי איינער וואָלט זאָגען, אַז פֿרישע שפּייז טויג ניט, ווייל אין אומעהרליכע אַדווערטייזמענטס ווערען די צונויווערטער געברויכט וועגען פֿאַרפֿוילטע פֿיש און טוכלע אייער.