בלעטער פֿון מײַן לעבן · אבֿרהם קאַהאַן · פֿערטער באַנד (נ.י., 1928)
אין די מיטעלע יאָהרען

פֿערצענטער קאַפּיטעל

נייע אָפּקלאַנגען פֿון דער אַלטער היים

װעגן דעם טעקסט: דאָס איז אַ װאָרט-בײַ-װאָרט אָפּשריפֿט פֿון די געדרוקטע זײַטן 398–455 (גאַנצער פֿערצענטער קאַפּיטעל פֿון פֿערטן באַנד), מיט דער אָריגינעלער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 1928. די נומערן אַזױ װי 398 צײכענען אָן דעם אָנהױב פֿון יעדער געדרוקטער זײַט. רוסישע און פֿרעמדע װערטער זײַנען איבערגעגעבען אַזױ װי אין אָריגינאַל.
1
דער „בונד". — בונדיסטען און זייערע פריינד אין אמעריקא.

398דער „אידישער אַרבייטער בונד פֿון רוסלאַנד און פּױלען" איז געגרינדעט געוואָרען אין דעם זעלבען יאָהר ווי דער „פֿאָרווערטס" — אין 1897. אונזער סימפּאַטיע צו איהם האָט זיך אין „פֿאָרווערטס" אָפּגעשפּיגעלט אַלץ דייטליכער.*

אונזער אידישע אַרבייטער באַוועגונג דאָ אין אַמעריקא איז עלטער. די „פֿאַראייניגטע אידישע געווערקשאַפֿטען" זיינען געגרינדעט געוואָרען מיט נײן יאָהר פֿריהער ווי דער „בונד" — אין 1888. און אײנצעלנע אידישע יוניאָנס האָבען מיר געהאַט נאָך עטליכע יאָהר פֿריהער. אָבער אַן אַרבייטער באַוועגונג אין רוסלאַנד, אין יענע צייטען, און אַן אַרבייטער באַוועגונג אין אַמעריקא זיינען געווען צוויי גאַנץ באַזונדערע ערשיינונגען. דאָרטען האָט דאָס געשמעקט מיט געפֿאַהרען און אָפּפֿערס, פֿון וועלכע דער אַמעריקאַנער אַרבייטער קאַמף האָט קמעט ניט געוואוסט.

דער „בונד" איז געווען אַ טייל פֿון דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, אײנע פֿון איהרע שענסטע דיוויזיעס. עס האָבען צו אונז גענומען אָנקומען באַריכטען פֿון געהיימניספֿולע אידישע פֿאַרזאַמלונגען אין וועלדער, פֿון קאַמפֿען וואָס399אידישע בעל-מלאכות פֿיהרען געגען דער רוסישער פּאָליציי און איהרע שפּיאָנען ; פֿון געהיימע אידישע דרוקעריען, וועלכע דעם צאַר'ס פֿעהיגסטע דעטעקטיווס קענען בשום אופֿן ניט ענטדעקען.

דער אידישער אַרבייטער, וועלכער איז אין דערהיים אימער געווען נידערגעשלאַגען, האָט פּלוצלונג גענומען אַרױסוויזען אַ הערליכע זעלבסטווירדע און אַ שטוינענדען העלדען-מוט.

דער נאָמען „בעל-מלאכה", מיט וועלכען מען פֿלעגט זיך שעמען, איז באַלױכטען געוואָרען מיט אַ שכינה פֿון רעוואָלוציאָנערע דרייסטקייט און מאַרטירעריי, מיט וועלכע אינטעליגענטע אידען האָבען שטאָלצירט, און וועגען וועלכע אינטעליגענטע קריסטען האָבען גערעדט מיט ענטציקונג. מענשען, וואָס זיינען געוואואינט געווען די אידישע מאַסע צו האַלטען פֿאַר אַ מאַסע פֿון טרוסען, האָבען אין איהר פּלוצלונג דערזעהען אַן עולם פֿון כװאַטסקע יונגען, מיט אַ הױכען אידעאַל אין די הערצער.

ווען די בראַווע רוסישע קעמפֿער פֿון די 70טע און 80טע יאָהרען האָבען אין זייערע רייהען געהאַט אהרן זונדעלעוויטש'ען, לעאָן דייטש'ען, סאָפֿיא גינזבורג, און אַנדערע אידישע קינדער, האָט מען געקענט זאָגען, אַז זיי זיינען אױסנאַהמען, און אַז יעדענפֿאַלס זיינען דאָס אידישע אינטעליגענטען — מעהר רוסען ווי אידען. דאָ אָבער האָבען דעם צאַר'ס זשאַנדאַרען געהאַט פֿאַר זיך מוטיגע מחנות פֿון אידישע פֿאָלקס-קינדער.

אַ אידישער שוסטער שיסט אױף אַ גובערנאַטאָר, און הונדערטע אַנדערע אידישע שוסטער, שניידער, בערשטער, שמידען, קוימען-קערער, האַלטען רעוואָלוציאָנערע דעמאָנסטראַציעס, דרוקען און פֿאַרטיילען רעוואָלוציאָנערע אױפֿרופֿען, אָרגאַניזירען סטרייקס ; באַפֿאַלען פּאָליציאַנטען און זשאַנדאַרען און רייסען ביי זיי אַרױס אַרעסטירטע חברים ; שטעלען זיך בראַוו געגען פּאָגראָמשטשיקעס.

עס פֿלעגען אונז אָנקומען נומערען פֿון דער „אַרבייטער שטימע", דעם „בונד'ס" אונטערערדישער אָרגאַן. ער איז געווען זעהר שלעכט געדרוקט, קױם צו לעזען. אָבער אין זיין400טעכנישע אומגעלומפּערטקייט גופֿא איז געלעגען אַ הײליגטום. די אונדייטליכע אותיות האָבען געטראָגען עדות אױף די שווערע אומשטענדען און געפֿאַהרען, אונטער וועלכע די אַרבייט איז געטאָן געוואָרען.

מיר פֿלעגען זיך פֿאַרשטעלען ווי אַזױ צייטונג ווערט געזעצט און געדרוקט, ווי זי ווערט פֿאַרטיילט און געלעזען. צו אונטערערדישע רוסישע שריפֿטען זיינען מיר שױן לאַנג געוואואינט געווען. אָבער אידישע אַזעלכע זיינען כמעט געווען אַ נײעס, מיט אַ נײעם סאָרט צױבער.

עס זיינען אַריבערגעקומען בונדיסטען קײן אַמעריקא. אײניגע זיינען אַנטלאָפֿען פֿון טורמע, אָדער זיך קױם געראַטעוועט פֿון אַן אַרעסט. אַנדערע זיינען אײנפֿאַך געקומען זוכען אַ שטיקעל ברױט אין אַמעריקא. דער „בונד" איז זיי אַלעמען געווען טייער. נײן, דער ווערט איז צו שוואַך. ער איז זיי בוכשטעבליך הײליג געווען, די ערשטע עטליכע יאָהר וויניגסטענס.

די צאָהל בונדיסטען אימיגראַנטען איז געוואוקסען. עס האָבען זיך גענידערזעצט אָרגאַניזירטע גרופּען מיט'ן צוועק צו זאַמלען געלט פֿאַר'ן „בונד".

ווי ווייט מיר זיינען געווען אײנפֿאַרשטאַנען מיט אײנצעלהײטען פֿון דעם „בונד'ס" טעאָריע, און ווי ווייט זיינע פֿיהרער זיינען געווען אײנפֿאַרשטאַנען מיט געוויסע אײנצעלהייטען פֿון אונזער אַמעריקאַנער טאַקטיק — דאָס וועלען מיר זעהן אױף ווייטערע פֿידזשעס. די בונדיסטען און מיר זיינען געווען סאָציאַל-דעמאָקראַטען, און מיר האָבען זייער באַוועגונג באַוואונדערט. אַלזאָ, איז דער „פֿאָרווערטס" געוואָרען דער אַמעריקאַנער אָרגאַן פֿון דעם „בונד". דאָס איז אַרױסגעקומען ממילא, אױף אַ גאַנץ נאַטירליכען שטייגער.

מיר האָבען דעם אַמעריקאַנער לעזער באַקאַנט געמאַכט מיט דעם „בונד'ס" טעטיגקייט. מיר האָבען אַגיטירט פֿאַר איהם, געדרוקט די באַריכטען פֿון די בונדיסטישע אימיגראַנטען-גרופּען און — וואָס איז פֿילייכט דאָס וויכטיגסטע — געהאָלפֿען זיי401זאַמלען שטיצע פֿאַר איהם. ווען מען בלעטערט דעם „פֿאָרווערטס" פֿון יענע יאָהרען, באַגעגענט מען אין הונדערטע נומערען דעם רוף : „העלפֿט דעם בונד !" מיט ליסטען פֿון געלט-זאַמלונגען.

פֿון דער אַנדערער זייט, זיינען די אַריבערגעקומענע בונדיסטען געוואָרען טעטיג אין אונזערע יוניאָנס, אין אונזערע אידישע פֿאַרטיי-בראַנזשעס, אין אונזערע „אַרבייטער" רינג ברענטשעס.

2
הירשעל לעקערט. — זיין אלמנה קומט קיין אמעריקא.

ענדע מאַי, 1902, איז אָנגעקומען אַ באַריכט, אַז דעם 18טען מאַי האָט אַ אידישער שוסטער מיט'ן נאָמען הירשעל לעקערט געשאָסען אױף דעם ווילנער גובערנאַטאָר, פֿאַן-וואַהל, און איהם פֿאַרוואואונדעט. דערנאָך איז געווען אַ מעלדונג, אַז לעקערט'ן האָט מען געהאַנגען.

מען איז געווען געוואָר געוואָרען אַ פּאָר אײנצעלהייטען : צו דעם ערשטען מאַי האָבען די ווילנער בונדיסטען געמאַכט אַ דעמאָנסטראַציע. פֿילע פֿון די דעמאָנסטראַנטען האָט מען אַרעסטירט, און, אױף פֿאַן-וואַהל'ס באַפֿעהל, האָט מען זיי מערדערליך געשמיסען. אַלזאָ, האָט לעקערט זיך באַשלאָסען מיט פֿאַן-וואַהל'ען זיך אָפּצורעכענען. ער האָט דעם גובערנאַטאָר אָפּגעוואַרט אין צירק (אין דעם ווילנער „מאַנעזש", זעה ערשטער באַנד, פֿידזש 265), און דאָרטען האָט ער אױף איהם געשאָסען.*

פֿאַר דעם ערשטען מאַי זיינען איבער'ן שטאָדט אַרומגעפֿאָהרען פּאָליציי-וועגען מיט רייטער — אַ וואָרנונג, אַז אױב מען וועט מאַכען אַ מאַי-דעמאָנסטראַציע, וועט מען שמייסען. די דעמאָנסטראַציע איז אָבער דאָך פֿאָרגעקומען. אין איהר האָבען זיך באַטייליגט עטליכע הונדערט אידען און אַ קלײנע צאָל קריסטען. אױף אײניגע הױפֿען זיינען גע-402דער נאָמען לעקערט איז ביי די אידישע אַרבייטער פֿון רוסלאַנד געוואָרען אַ מאַרטירער נאָמען. מען האָט פֿאַרפֿאַסט לידער וועגען איהם, און זיי זיינען געזונגען געוואָרען אין יעדער אידישער שטאָדט און שטעטעל.

ביי אונז אין אַמעריקא האָט מען אױף יעדער אידישער אַרבייטער פֿאַרזאַמלונג זיך אױפֿגעשטעלט לכבוד דעם נאָמען פֿון דעם מוטיגען ווילנער שוסטער. עס איז אױך אָפּגעהאַלטען געוואָרען אַ ספּעציעלע פֿאַרזאַמלונג לכבוד איהם.

אין מיטען סעפּטעמבער, ביי דריי-און-אַ-האַלב מאָנאַט נאָך

דער קאָמיטעט פֿון „בונד" האָט אַרױסגעלאָזען אַ פּראָקלאַמאַציע, וועלכע האָט פֿאַרדאַמט פֿאַן-וואַהל'ען פֿאַר זיין טיראַנניי ; אָבער צו נקמה האָט ער ניט גערופֿען. די פּראָקלאַמאַציע האָט אָנגעוויזען אױף דער קומענדער רעוואָלוציע, אַז זי וועט נעמען נקמה פֿאַר אַלע מערדערייען פֿון דער רעגירונג. עס זיינען אָבער געווען יונגע לייט מיט הייסע בלוט, וועלכע האָבען זיך מיט אַזאַ זאַרט ראַכע ניט צופֿרידענגעשטעלט. זיי זיינען געווען בערייט פֿאַן-וואַהל'ען אָפּצוצאָלען אױפֿ'ן שטעל. אונטער דער פֿיהרערשאַפֿט פֿון אַ יונגען קױמען-קעהרער האָט זיך געגרינדעט אַ „בעיוואַי אַטריאַד" (קאַמף גרופּע), און צו איהר האָט געהערט „הירשקע דער שוסטער". דעם דאָקטאָר מיכאַילאָוו איז די געשיכטע אױך ניט אָפּגעגאַנגען גלאַט. אַ בונדיסט האָט איהם גערופֿען כלומרשט צו אַ קראַנקען, און דאָרטען האָט מען איהם געטאָן דאָס, וואָס ער האָט געהייסען טאָן די קרבנות פֿון פֿאַן-וואַהל'ס טיראַנניי,403לעקערט'ס הינריכטונג, איז זיין אלמנה געקומען קיין ניו יאָרק. זי איז געקומען מיט איהר קינד, וועלכער איז געבאָרען געוואָרען נאָך איהר מאַן'ס טױט.

מען האָט איהר געבראַכט צו אונז אין אָפֿיס, וואו איך און די קאָלעגען האָבען מיט איהר געהאַט אַ געשפּרעך.

זי איז געווען אַ גאַנץ יונגע פֿרױ, ניט מעהר ווי צוואַנציג יאָהר אַלט — ניט קיין הױכע, אַ דאַרע, מיט שוואַרצע האָר. אַ באַריכט וועגען אונזער שמועס איז אָפּגעדרוקט אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 20טען סעפּטעמבער, 1902.

די יונגע אלמנה האָט דערצעהלט, ווי נאָך דעם שמייסען האָט איהר מאַן און זיינע חברים אָפֿט גערעדט וועגען ראַכע נעהמען פֿון דעם גובערנאַטאָר. זי האָט געמיינט, אַז זיי זאָגען דאָס גלאַט אַזױ. אַז איהר מאַן האָט גענומען אױף זיך פֿאַן-וואַהל'ען צו שיסען — דאָס האָט זי ניט חושד געווען. זי האָט געוואואוסט, אַז ער איז טעטיג אין דער באַוועגונג. אױך האָט זי געוואואוסט, אַז ער איז שױן אַמאָל געווען פֿאַרשיקט אין אַן אַנדער שטאָדט און איז פֿון דאָרטען אנטלאָפֿען. אָבער אַז ער קלייבט זיך צו שיסען אױפֿ'ן גובערנאַטאָר, איז איהר אױפֿ'ן זינען ניט אַרױפֿגעקומען.

דערנאָך האָט זי ביי איהר מאַן באַמערקט אַ רעוואָלווער ער האָט איהר אָבער געזאָגט אַ תירוץ, און זי האָט זיך באַרוהיגט.

„דעם לעצטען פֿרייטאָג איז הירשעל געקומען אהיים שפּעטער ווי געוויינליך — האָט זי אונז ווייטער דערצעהלט. — אױף מאָרגען, שבת אין דער פֿריה, איז ער אױפֿגעשטאַנען שפּעט, אַזײגער 11. ער האָט זיך אײנגעוואַשען, אָנגעטאָן רײנע וועש, עטוואָס צוגעביסען און אַוועק אין גאַס. מעהר איז ער שױן אהיים ניט געקומען.

„איך בין געווען זעהר אונרוהיג, ווייל הירשעל פֿלעגט כמעט קיינמאָל ניט נעכטיגען אין דער פֿרעמד. אַרום עלף אַזײגער פֿלעגט ער שױן אימער זיין אין דערהיים. איך האָב געפֿרעגט ביי מיין מאַמען : „וואָס קען דאָס זיין מיט הירשלען ?" האָט ער געזאָגט : „ער מוז מסתמא נעכטיגען ביי אַ באַקאַנטען".

זונטאָג אַ גאַנצען טאָג בין איך געלעגען אין בעט ; איך בין404געווען שוואַך און ניט געזונט. נאָר ווי עס איז געקומען צעהן, עלף אין אָוונט, האָב איך שױן ניט געקענט אײנזיצען אין שטוב. איך בין אַרױס מיט מיין קלענערער שוועסטער אױפֿ'ן גאַס זעהן, פֿילייכט געהט ער.

„איך בין געשטאַנען אַ לאַנגע צייט. עס איז שױן געווען נאָך האַלבע נאַכט. אין גאַס איז געווען שטיל. קיין נפֿש האָט מען ניט געזעהן. דאָס האַרץ האָט ביי מיר אַלץ מעהר און מעהר געציטערט. איך האָב געמיינט אַז מען האָט איהם ערגעץ וואו איבערגענומען אין גאַס און אַרעסטירט. פּלוצלונג הער איך אַ גערױש. דער גערױש איז אַלץ געוואָרען שטאַרקער. עס זיינען אָנגעלאָפֿען אַודאַי ביז דרייסיג פּאָליצייסקע, און גלייך זיינען זיי אַריין צו אונז אין הױף. מיך און מיין שוועסטער האָבען זיי צוערשט ניט באַמערקט. דערנאָך איז מען צוגעשטאַנען צו מיר און געפֿרעגט : וואו וואױנט דער און דער ? (זיי האָבען אָנגערופֿען מיין טאַטענ'ס נאָמען). איך האָב אַנדערש ניט געקלערט, אַז אַ שפּיאָן האָט הירשלען דערקענט, אַז ער איז דער וואָס איז אנטלאָפֿען פֿון אַן אַנדער שטאָדט, און מען איז איהם געקומען אַרעסטירען. אָבער אַזױ ווי ער איז ניט געווען אין דערהיים, און קיין „טריפֿה" זאַך איז ביי אונז אין שטוב ניט געווען, האָב איך זיי אַריינגעפֿיהרט. מען האָט ביי מיר און מיינע עלטערען געפֿרעגט, וואו איז מיין מאַן ; האָב איך געענטפֿערט, אַז איך ווייס ניט. מען האָט אונז אַלעמען אַוועקגעפֿיהרט אין אוטשאַסטאָק (פּאָליס-סטיישאָן). דאָרטען האָב איך באַמערקט עפּעס אַ מאָדנעם גערודער. מען האָט געבראַכט פֿיעלע מענשען. דערנאָך האָב איך דערהערט הירשעל'ס קול.

„אױף מאָרגען בייטאָג האָט מען מיך אַרױסגעלאָזען. אַרױסגעהענדיג פֿון דער פּאָליציי האָב איך זיך דערוואואוסט פֿון אַלץ.

„צוגעלאָזען האָט מען מיך צו איהם ערשט אױף מאָרגען נאָכ'ן משפּט, אין אַנדערהאַלבען וואָכען אַרום, איך זאָל זיך מיט איהם זעגענען.

405„דער זשאַנדאַרמסקער פֿאָלקאָווניק אַליין האָט מיך געשיקט רופֿען".

די סצענע פֿון זייער זעהען זיך איז זי ניט געווען אימשטאַנד איבערצוגעבען, וואָרים ס'איז געווען כמעט אַ שטומע סצענע. זי איז פֿאָרגעקומען אין דער אָנוועזענהייט פֿון אַ זשאַנדאַרמסקען אָפֿיציר, און דער געשפּרעך איז מעהר געווען צווישען דעם זשאַנדאַר און לעקערט'ן און ווי צווישען לעקערט'ן און זיין פֿרױ. דער זשאַנדאַר האָט זיך הפֿנים געוואָלט באַנוצען מיט לעקערט'ס אױפֿגערעגטען צושטאַנד אום אַרױסצוציהען פֿון איהם די נעמען פֿון זיינע מיטהעלפֿער. אָבער לעקערט האָט געגעבען דעם זעלבען ענטפֿער ווי אימער : ער האָט אַלץ געטאָן אַליין ; ער האָט ניט געהאַט קיינע מיטהעלפֿער.

לעקערט'ס פֿרױ האָט באַדאַרפֿט אין קורצען ווערען מוטער.

„אַז... דאָס קינד... וועט געבאָרען ווערען — האָט לעקערט זיך געוואונדערט צו איהר, ווען זי האָט איהם באַזוכט — זאָלסטו איהם געבען אַ נאָמען נאָך מיר... זאָלסט היטען דיין געזונט און מיין קינד... שוויגער, — האָט ער געזאָגט צו זיין פֿרױ'ס מוטער, וועלכע איז אױך געווען דערביי — שוויגער, איך בעט אייך איהר זאָלט אַכטונג געבען... צוזעהן איהר... ניט לאָזען איהר וויינען...".

פֿאַר'ן שיידען זיך האָט ער זיך מיט בײדע צוקושט. די פֿרױען האָבען געוויינט, אָבער לעקערט ניט. ער האָט אױסגעוויזען בלאַס, אָבער רוהיג.

„מיר האָבען געמיינט — האָט מיסעס לעקערט ווייטער דערצעהלט — אַז מען וועט איהם העננגען דעם זעלבען טאָג, אָדער אױף מאָרגען. אַז מען וועט איהם באַגנאַדיגען, האָבען מיר ניט געהאָפֿט... באַלד ווי איך בין געקומען אהיים, האָט מיך געשיקט רופֿען דער אדוואָקאַט עליאַשעוו. ער האָט מיר פֿאָרגעשלאָגען איך זאָל אָנגעבען אַ פּאַפּיר און בעטען באַגנאַדיגונג. דעם פּאַפּיר האָט ער אָנגעגעבען אין מיין נאָמען. הירשעל האָט דערפֿון ניט געוואואוסט".

406צוליב דעם פּאַפּיר האָט מען אָפּגעלייגט די אױספֿיהרונג פֿון דעם אורטייל. עליאַשעוו איז געפֿאָהרען קיין פּעטערבורג און האָט טעלעגראַפֿירט אַז עס איז דאָ אַ האָפֿנונג. אָבער פֿאַן-וואַהל'ס קומען קיין פּעטערבורג האָט אַלץ קאַליע געמאַכט : מען האָט דעם אדוואָקאַט ענטזאָגט.

„הירשעל האָט ניט געוואואוסט פֿאַרוואָס מען האָט אָפּגעלייגט איהם צו הענגען — האָט זי ווייטער דערצעהלט. — ער האָט זיך געבעטען מען זאָל מיר צו איהם צולאָזען נאָך אַמאָל. ער האָט פֿון מיר געוואָלט וויסען די אורזאַך. אָבער צוליב דעם טאַקע האָט מען איהם ענטזאָגט.

„די הינריכטונג איז געווען אין שניפּישאָק, וואו מיר האָבען געוואואינט, ניט ווייט פֿון אונזער הױז, אױפֿ'ן פֿעלד. אָבער מיר האָבען קיינער ניט געוואואוסט. ערשט מיט אַ פּאָר שעה שפּעטער האָבען מיר זיך דערוואואוסט. עס זיינען געקומען צוויי באַקאַנטע און האָבען אונז אָנגעזאָגט...".

אױף דער פֿראַגע וואָס מען האָט אין שטאָדט געזאָגט וועגען דער פּאַסירונג און וועגען לעקערט'ן איבערהױפּט, האָט די יונגע אלמנה ערקלערט, אַז עלטערע אידען זיינען געווען שטאַרק אין כעס אױף איהר מאַן, פֿאַרוואָס „ער האָט דאָס געטאָן". זיי האָבען געמיינט אַז איצטער וועט אידען זיין ערגער. אָבער אַלעמען האָט פֿאַרדראָסען וואָס דער גובערנאַטאָר איז ניט דערשאָסען געוואָרען אינגאַנצען, אַפֿילו דער פּאָליציי אַליין אױך, וואָרים זינט ער איז אָנגעקומען, האָט זי קיין טאָג און קיין נאַכט ניט געהאַט".

שטאַרק באַדױיערט לעקערט'ען האָבען די פּאָליאַקען. שטילערהיים האָבען פֿיעלע פֿון זיי אין די קלױסטערס געבעטען גאָט פֿאַר איהם. אײניגע פּאָליאַקען, פֿון די פֿאָרנעמסטע, האָבען געשיקט רופֿען די אלמנה. זיי האָבען געוואָלט איהר געבען שטיצע. זי איז אָבער ניט געגאַנגען ; וואָרים די מענשען זיינען איהר געווען אומבאַקאַנט.

3
בלוטיגע פּאָגראָמען. — דער אידישער זעלבסט-שוץ. — מיר זאַמלען שטיצע פֿאַר די קרבנות. — סצענעס.

407אין דעם זומער און הערבסט פֿון 1903 זיינען אין פֿאַרשיידענע רוסישע שטעדט פֿאָרגעקומען בלוטיגע פּאָגראָמען, און אין אײניגע ערטער האָבען די אידישע אַרבייטער, אונטער דער פֿיהרונג פֿון דעם „בונד", אָדער פֿון דעם „בונד" צוזאַמען מיט די „פּועלי ציון", בראַוו געקעמפֿט געגען די פּאָגראָמשטשיקעס. זיי זיינען אַרױסגעטראָטען געגען די הוליגאַנעס מיט פּיסטאָלעטען און מיט אייזענס. אין אײניגע פֿלעצער האָבען זיי זיי אין גאַנצען פֿאַרטריבען. אין אַנדערע האָבען זיי זייער ווייניגסטענס פֿאַרקלענערט די צאָל פֿון קרבנות. עס זיינען אַרױסגעוויזען געוואָרען וואונדערבאַרע ביישפּילען פֿון העלדישקייט. אין אײניגע ערטער האָבען קריסטען בראַוו געהאָלפֿען די אידען געגען די פּאָגראָמשטשיקעס.

דער „פֿאָרווערטס" האָט יעדע נאַכריכט וועגען אַזעלכע פֿאַסירונגען געדרוקט מיט גרױסע „קעפּ", אױף דער ערשטער פֿיידזש. אָפֿט פֿלעגט זיך דערנאָך אַרױסצײגען, אַז די צאָל הרוגים איז איבערטריבען. דערפֿאַר פֿלעגען אָבער די ווייטערע נאַכריכטען ענטהאַלטען אײנצעלהייטען, וועלכע עס איז געווען שוידערליכער צו לעזען, ווי די איבערטריבענע ערשטע ציפֿער.

גענויערע באַריכטען וועגען דעם זעלבסט-שוץ פֿלעגען אונז דערגרייכען אַ סך שפּעטער ווי די מעלדונגען וועגען די פּאָגראָמען גופֿא ; וואָרים וועגען די אידישע זעלבסט-שוץ-גרופּען און זייער קאַמף מיט די הוליגאַנעס פֿלעגט די רוסישע רעגירונג ענטוועדער ניט לאָזען דעפּעשירען, אָדער שיקען פֿאַלשע נאַכריכטען. לױט פֿילע פֿון דיזע נאַכריכטען פֿלעגט אױסקומען אַזױ ווי די אידען וואָלטען גאָר געווען די פּאָגראָמשטשיקעס און זייערע קריסטליכע אַנגרייפֿער וואָלטען זיך פֿאַרטיידיגט געגען זיי. ביסלעכווייז פֿלעגען אונז אָנקומען ידיעות פֿון אידישע קוואַלען, צוערשט ווידער מיט איבערטרייבונגען. מיט דער צייט אָבער פֿלעגען מיר ערהאַלטען אָפֿיציעלע מעלדונגען פֿון „בונד", אױף וועלכע מען האָט זיך געקאָנט פֿאָלשטענדיג פֿאַרלאָזען.

408אַן אונגעהײערען אײנדרוק האָט געמאַכט דער פּאָגראָם אין האָמעל און דער דאָרטיגער אידישער זעלבסט-שוץ.

אָט זיינען עטליכע סעמפּעלס פֿון די פּאָגראָם-נייעס אין יענע טעג :

„האָמעל — אַ ים אידישע בלוט !" — געפֿינען מיר מיט זעהר גרױסע בוכשטאַבען אױף דער ערשטער פֿיידזש פֿון „פֿאָרווערטס", אָקטאָבער דעם 2טען, 1903.

„דריי טעג האָבען די רוצחים געמאָרדעט און גערױבט. פֿון די דערפֿער ברענגט מען אידישע הרוגים.

„ווען ניט די מינסקער און האָמלער טאַפֿערע יונגע לייט, וואָלטען געפֿאַלען הונדערטער מעהר.

„אידען רעטען די עהרע פֿון זייערע פֿרױען."

אָקטאָבער דעם 4טען האָט די ערשטע פֿיידזש פֿון „פֿאָרווערטס" ענטהאַלטען :

„300 אידען אױסגעשאַכטען !

„שרעקליכע הריגה אין מאָהילעוו-פּאָדאָלסק. אַלע וועגען באַדעקט מיט טױטע און פֿאַרוואואונדעטע.

„אידען האָבען זיך פֿאַרבאַריקאַדירט אַרום שוהל און אין די גאַסען. זיי האָבען טייער אָפּגעגעבען זייערע לעבענס. דער רב איז מכריז געווען יום-כּפּור אין דער פֿריה, מען זאָל זיך פֿאַרטיידיגען, עס זיינען אױך געפֿאַלען ביי 100 קריסטען."

דעם 5טען פֿון דעם זעלבען מאָנאַט געפֿינען מיר :

„שרעקליכע פּאָגראָמען אױך אין גאַנץ מאָהילעווער גובערניע."

אָקטאָבער 14 :

„וועה-געשרייי פֿון האָמעל !

„400 אידישע פֿאַמיליעס אָהן ברױט.

„אַ פּאָגראָם פֿאַרהיט אין נאָוואָ-וויליייסק.

„קריסטען פֿון קאַפּוסט קומען אין שקלאָוו באַשיצען אידען.

„אַמעריקאַנער אידען, העלפֿט אייערע אונגליקליכע ברידער !"

אַ אינטערעסאַנטע נאַכריכט איז געדרוקט אין דעם „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 19טען אָקטאָבער :

409„בונד" רופֿט צו די אידען פֿון קאַווקאַז צו פֿאָלגען דעם ביישפּיל פֿון האָמעל און צו זיין באַוואָפֿענט :

„זאָלען אידען טראָגען געווער, אַזױ ווי די אײנגעבױרענער פֿון קאַווקאַז טראָגען קינזשאַלען, רעוואָלווערען און קאַסטאַנעטען !"

דער לײט-אַרטיקעל אין „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 6טען אָקטאָבער, וועלכער טראָגט מיין נאָמען, האָט איבער זיך דעם איבערשריפֿט „די בלוטיגע מגפֿת". דאָרטען ווערט גערעדט וועגען די פּאָגראָמען-שחיטות.

ווען מען בלעטערט דעם „פֿאָרווערטס" פֿון יענע מאָנאַטען, באַגעגענט מען (אין דעם נומער פֿון דעם 21טען נאָוועמבער) אַ בילד פֿון פּנחס דאַשעווסקי, דעם אידישען סטודענט, וואָס האָט געשאָסען אױף קרושעוואַנ'ען, דעם אָנפֿיהרער פֿון דער קישעניעווער שחיטה.

אַן אַפּיל פֿאַר שטיצע איז געקומען פֿון די פּאָגראָם קרבנות פֿון פֿאַרשיידענע שטעדט און דער „פֿאָרווערטס" האָט געזאַמעלט שטיצע פֿאַר זיי. ער האָט דאָס נאָך פֿריהער אָנגעפֿאַנגען — פֿאַר די קרבנות פֿון דער קישעניעווער שחיטה. נאָך אין מיטען פֿון יענעם זומער פֿלעגען צו אונז אין אָפֿיס קומען אַרבייטער, יעדער מיט זיין ביישטראָג.

דער אידישער אַרבייטער עולם האָט זיך אָפּגערופֿען אױף אַ הערליכען שטייגער. מען פֿלעגט קומען גלייך פֿון שאַפּ. אין אונזער אָפֿיס פֿלעגט צו דיזען צוועק זיצען אַ ספּעציעלער באַאמטער, מייסטענס צוויי באַאמטע, און אַמאָל זאָגאַר דריי.

עס פֿלעגט זיך ציהען אַ לאַנגע שורה מענשען. זיי פֿלעגען זיך בעטען מען זאָל ביי זיי צונעמען דעם דאָלאַר אָדער צוויי, אָדער פֿופֿציג סענט.

— איך געה פֿון דער אַרבייט און איך דאַרף מאַכען סאַפּער ; פֿליז, נעמט צו מיין דאָלאַר — פֿלעגען זיי אַפּעלירען.

עס זיינען געווען פֿאַלען פֿון אַרבייטסלאָזע, וואָס האָבען עפּעס פֿאַרזעצט, אום צו ברענגען אַ ביישטראָג פֿאַר די קרבנות פֿון דער אַלטער היים.

410אין די נומערען „פֿאָרווערטס" פֿון דעם 20טען און 21טען יאַנואר 1904 איז געווען איבערגעדרוקט אַ באַריכט וועגען דעם האָמלער זעלבסטשוץ פֿון דעם אונטער-ערדישען אָרגאַן פֿון „בונד", די „אַרבייטער שטימע" (נומער 35). דער איבער-שריפֿט איבער דעם אַרטיקעל אין „פֿאָרווערטס" איז געווען :

„אידישע באַוואָפֿנונג געגען פּאָגראָמשטשיקעס. וואָס וועגען דעם ווערט דערצײלט אין דעם אונטער-ערדישען בונדיסטישען אָרגאַן. — ווי בונדיסטען האָבען אָרגאַניזירט זייער זעלבסט-פֿאַרטיידיגונג און מיט געווער אָפּגעטריבען די האָמלער פּאָגראָמשטשיקעס."

דעם 12טען מאַרטש, 1904, האָט זיך אין „פֿאָרווערטס" אָנגעהױבען צו דרוקען אַן אױספֿירליכער באַריכט וועגען דעם האָמלער זעלבסטשוץ, געשריבען פֿון זיין פֿיהרער. דער אָריגינאַל (אױף רוסיש) איז ערשינען אין דעם „בונד'ס" רוסישען אָרגאַן „וויעסטניק בונדא". די אידישע איבערזעצונג איז געגאַנגען אין פֿיר „פֿאָרווערטס"-נומערען, צו צוויי אָדער דריי קאָלומס אין אַ נומער.

פֿאַר דעם, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער געשיכטע פֿון דעם „בונד", ווי ווייט ער פֿלעגט זיך לאָזען הערען ביי אונז אין אַמעריקא, און ווי ווי מיר האָבען געאַרבייט פֿאַר איהם, איז אפֿשר ניט איבעריג אױך אָנצואַווייזען אױף די פֿאָלגענדע באַריכטען, וואָס זיינען ערשינען אין „פֿאָרווערטס" :

דעם 18טען יאַנואר, 1904, געפֿינט זיך אַן אַרטיקעל, אין וועלכען עס ווערט דערצעהלט ווי עס איז געגרינדעט געוואָרען אַ געהיימע דרוקעריי (אין באָברױסק).

דעם 21טען יאַנואר, 1904, — אַ באַריכט וועגען דער גרינדונג (אין ניו-יאָרק) פֿון דער געזעלשאַפֿט „די פֿריינד פֿון „בונד", אין דר. קאַפּלאַנ'ס וואואינונג, 230 איסט בראָדוויי. דער פֿאָלגענדער אלף-בית צעטעל ווערט געגעבען פֿון די, וואָס האָבען זיך באַטייליגט : דר. גירזשדאַנסקי, יעקב גאָרדין, דר. הילל, דר. היימאָוויטש, דר. זאַלאַטאַראָוו, דר. יאַניסאָוו, מאיר לאַנדאָן, א. ליעסין, דר. מינץ, ס. פּאָללאַק, דר. פֿאַרענבערג, אב. קאַהאָן, דר. קאַספּע,411דר. קאַפּלאַן, דר. ראַיעווסקי, דר. ראָמם, שטאַם, דר. שטיין.

עס ווערט באַריכטעט, אַז דעם מיטינג האָבען ביינעוואואינט די צוויי דעלעגאַטען פֿון דעם „בונד'ס" אױסלענדישען קאָמיטעט. וואַרשיינליך האָבען זיך אונטער דיזען טיטעל דאַן פֿאַרבאָרגען אַרקאַדי קרעמער און בערג, וועלכע האָבען זיך דאַן געפֿונען אין ניו-יאָרק. ווי עס וועט דערצעהלט ווערען ווייטער.

דעם 24טען פֿעברואַר, 1904, האָט דער „פֿאָרווערטס" ענטהאַלטען אַן אױפֿרוף :

„העלפֿט די גראָדנער סטרייקערס פֿון שערעשעווסקי'ס פּאַפּיראָסען פֿאַבריק !"

דער אױפֿרוף איז געווען געגרינדעט אױף אַ מעלדונג אין נומער 160 „לעצטע נאַכריכטען פֿון „בונד".

4
סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען. — ציוניסטען.

מיר האָבען זיך אױך געהאַלטען פֿריינדליך, און מעהר ווי פֿריינדליך, צו די סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען ; אָבער צום „בונד" זיינען מיר געשטאַנען נעהענטער. צוערשט, אין 1902, פֿלעגען ביי אונז פֿאָרקומען לייכטע דעבאַטען וועגען דער פֿראַגע, ווער עס פֿאַרדינט מעהר סימפּאַטיע און שטיצע פֿון אונזער זייט — דער „בונד" אָדער סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען. אײן טאָג, צום ביישפּיל, האָט דער „פֿאָרווערטס" ענטהאַלטען אַן אונטערגעשריבענעם לײט-אַרטיקעל פֿון מיללער'ן, (ער איז נאָך דאַן געווען מיט אונז), וועלכער האָט אױסגעדריקט די מיינונג, אַז ביי אונז קען ניט זיין קיין אונטערשייד — אַז יעדע פּאַרטיי, וועלכע קעמפֿט געגען דער דעספּאָטישער רוסישער רעגירונג, פֿאַרדינט אונזער באַוואונדערונג און שטיצע ; און אױף מאָרגען איז ערשינען אַן אונטערגעשריבענער לײט-אַרטיקעל פֿון ש. פּעסקין, וועלכער האָט געגלױבט אַז דער „בונד" דאַרף אונז זיין ספּעציעל טייער.

אַן ענליכע דיסקוסיע איז אַמאָל פֿאָרגעקומען אױף אַ מיטינג פֿון דער „פֿאָרווערטס אַססאָסיאיישאָן". דער „בונד" האָט ביי אונז געהאַט אַ סך מעהר אָנהענגער.

412דער פֿאַקט, אַז ער איז אַ סאָציאַל-דעמאָקראַטישע אָרגאַניזאַציע, אַזױ ווי אונזער אַמעריקאַנער „סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" (דערנאָך „סאָציאַליסטישע פּאַרטיי"), וועהרענד די פּאַרטיי סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען איז געווען געגרינדעט אױף אַן אַנדער טעאָריע (אַן אַנטי-מאַרקסיסטישע) מיט אַן אַנדער פּראָגראַם — דאָס איז געווען אַ וויכטיגע אורזאַכע, אָבער ניט די וויכטיגסטע. דער „בונד" איז אַ ספּעציעל אַ אידישע פּאַרטיי, וועהרענד די סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען זיינען געווען אַן אַלגעמיינע פּאַרטיי. אמת, זייערע פֿיהרער זיינען מייסטענס געווען אידען ; רעוואָלוציאָנערען זיינען זיי אָבער ניט געווען אַלס אידען. אַ חוץ דעם : דער „בונד" איז ניט נאָר אַ אידישע פּאַרטיי, נאָר אַ פּאַרטיי פֿון די אידישע מאַסען. זיינע געהיימע פֿאַרזאַמלונגען זיינען געווען פֿאַרזאַמלונגען פֿון אידישע בעל-מלאכות, פֿון דעם זעלבען עולם ווי דער וואָס האָט געלעזען אונזער „פֿאָרווערטס", צוגעהערט אונזערע רעדעס, זיך באַטייליגט אין אונזערע יוניאָנס און געשטימט פֿאַר די קאַנדידאַטען פֿון אונזער פּאַרטי, די סימפּאַטיע איז געווען אַ נאַטירליכע.

און די נייע אימיגראַציאָנס-שטראָמען האָבען אין אונזערע רייהען אַריינגעבראַכט אַלץ מעהר און מעהר רעקרוטען פֿון דעם „בונד" גופֿא. אונזער באַוועגונג אין אַמעריקא איז מיט דעם „בונד" פֿאַרקניפֿט געוואָרען מיט מעהר און מעהר פֿעדים.

איך פּערזענליך האָב אױך געהאַט אַ ספּעציעלע סימפּאַטיע צום „בונד". דאָס הייסט אָבער ניט, אַז איך וואָלט זיך אונטערגעשריבען אונטער דער גאַנצער טעאָריע, וועלכע זיינע פֿיהרער האָבען געפּרעדיגט. אָבער וועגען דעם ווייטער.

די רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען, וועמענס אָרגאַניזאַציע איז געווען געגרינדעט פֿון פּלעכאַנאָוו'ן, האָבען אַרױסגעגעבען אַ רוסישען אָרגאַן מיט'ן נאָמען „איסקרא" (דער „פֿונק"), און ביי אידישע סאָציאַליסטען פֿון רוסלאַנד פֿלעגען פֿאָרקומען הייסע און ניט-זעלטענע ביטערע דעבאַטען צווישען „איסקראָווצעס" און „בונדיסטען". מיר פּערזענליך האָבען די דאָזיגע ויכוחים ווייניג אינטערעסירט, און די לאַנגע, געדיכט-געזעצטע, קױם לעזבאַרע און413זעהר טרוקענע אַרטיקלען פֿון דער „איסקרא" האָבען מיך ניט געצױגען צו זיך. אין אַלגעמיין בין איך אָבער מיט דער „איסקרא"-ריכטונג געווען באַקאַנט, און איך האָב געגלױבט אַז זי איז צו דאָגמאַטיש. ליעסין האָט זיך מיט דעם ענין מעהר אינטערעסירט, און ער האָט וועגען דעם געשריבען אין „פֿאָרווערטס" — אַלס בונדיסט.

אין רוסלאַנד פֿלעגט פֿאָרקומען אַ העפֿטיגער קאַמף צווישען די „בונדיסטען" און די „פּועלי ציון". אױך זיינען אָנגעגאַנגען דעבאַטען און רייסערייען צווישען צוויי-דריי פֿאַרשיידענע ציוניסטיש-סאָציאַליסטישע פֿראַקציעס. פֿון זיי בין איך אױך געווען ווייט. איך האָב ניט געקאָנט פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס זיי מישען צוזאַמען זייער ציוניזם מיט זייער סאָציאַליזם. און דאָס וואָס זיי זיינען צעטיילט אױף פֿאַרשיידענע פֿראַקציעס און באַשעפֿטיגען זיך מיט טעאָרעטישע „האָר-שפּאַלטעריי" (פּלפּולים איבער אונוויכטיגע טעאָרעטישע אײנצעלהייטען) פֿלעגט מיר אױסקומען זאָנדערבאַר (איבעריגענס, האָב איך געזעהן גענוג טעאָרעטישע „האָר-שפּאַלטעריי" ביי אונזערע בונדיסטען און איסקראָווצעס אױך).

וואָס אַנבאַטרעפֿט דעם ציוניזם, איז מיין האַלטונג געווען אַזױ : צו די ציוניסטען פֿלעג איך אױסדריקען רעספּעקט פֿאַר זייער אידעאַל אָבער פֿלעג איך ערקלעהרען זייער אידעאַליזם אַלס אַ טרױם, וואָס וועט קיין מאָל ניט פֿאַרווירקליכט ווערען.

צום ביישפּיל : אין אַן אַרטיקעל, וועלכער איז געווען געדרוקט דעם 1טען סעפּטעמבער, 1904, און טראַגט מיין נאָמען, זאָג איך : „פֿון דעם ציוניזם קען מען נאַטירליך ניט האַלטען. אָבער די וואָס זיינען איהם טריי, פֿאַרדינען אונזער רעספּעקט פֿאַר זייער פּרינציפּ-טרייהייט". און אין אַ לײט-אַרטיקעל (וועגען דעם ציוניסטישען קאָנגרעס פֿון יענעם יאָהר), וועלכער איז אױך אונטערגעשריבען מיט מיין נאָמען, געפֿינט זיך אַ זאַץ : „אין דער ציוניסטישער באַוועגונג איז דאָ אַ מאַסע פֿיינע מענשען, עהרליכע אידישע ענטוזיאַסטען... אָבער צו דער פֿאַרווירקליכונג פֿון זייער אידעאַל איז אַ סך ווייטער ווי צום סאָציאַליזם".

אַזױ פֿריינדליכער טאָן צו ציוניסטען איז דאַן ביי אידישע414סאָציאַליסטען געווען אַן אונגעוועהנליכע זאַך. איבעריגענס איז דאָס געווען אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער טאָלעראַנץ, פֿאַר וועלכער איך האָב אַגיטירט.

אין דעם אַרטיקעל פֿון דעם ערשטען סעפּטעמבער, 1904, דריק איך אױס די מיינונג, אַז אידישע קאָלאָניעס אין אפֿריקא (אוגאַנדע) וואָלטען אפֿשר געווען פּראַקטיש, אָבער אַז דאָס האָט ניט צו טאָן מיט דער נשמה פֿון דעם ציוניסטישען אידעאַל.

אין דעם לײט-אַרטיקעל פֿון דעם דריטען סעפּטעמבער געפֿינט זיך אַ זאַץ :

„אײדער אידען וועלען דערלעבען צו האָבען אייגענע זשאַנדאַרען אָדער צו פֿױלען אין אייגענע טורמעס, וועט קיין אידען-פֿראַגע שױן אױף דער וועלט ניט זיין". דאָס וואָלט איך הײנט ניט געשריבען. אָהן פּאָליציי קען זיך ניט פֿיהרען אַ שטאָדט, און ביי זייער אייגענער פּאָליציי פֿיהלען זיך די אידען פֿון תל-אביב אַ סך, אַ סך בעסער, ווי ביי דער פּאָליציי פֿון אַן אַנטיסעמיטישער מלוכה.

אין אַ שפּעטערען לײט-אַרטיקעל (דעם 4טען פֿעברואַר, 1904), פֿאַרערענדיג טרייהייט צום „בונד", און טרייהייט צו דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקא, זאָג איך : „אונזער הײליגע לאַנד איז הײליג געוואָרען דורך דער מאַרטירעריי פֿון רוסלאַנד'ס פֿרייהייטס-קעמפֿער. סיביר איז אונזער הײליגע לאַנד".

5
געסט פֿון דער אַלטער היים. — אַרקאַדי קרעמער. — זיין פֿרױ. — „עזרא" („בערג").

די „בונד" גרופּען זיינען געוואַקסען, און די געלט-זאַמלונגען פֿאַר'ן „בונד", מיט דער הילף פֿון „פֿאָרווערטס", האָבען געבראַכט אַלץ גרעסערע רעזולטאַטען.

ענדליך האָט דער „בונד" אָנגעהױבען צו אונז צו שיקען ספּעציעלע שלוחים צו דעם זעלבען צוועק : אַגיטירען אין415אַמעריקא פֿאַר'ן „בונד" און זאַמלען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר איהם. אײנער נאָך דעם אַנדערען זיינען זיי געקומען, אַלע זיינע וויכטיגסטע פֿיהרער.

דעם אָנהױב האָט געמאַכט דער גרינדער און הויפּט-פֿיהרער פֿון דעם „בונד" — אַרקאַדי קרעמער, אָדער „אַלעקסאַנדער", ווי ער איז געווען באַקאַנט אין דער אונטערערדישער רוסלאַנד. ווען עס איז אַנאָנסירט געוואָרען (אין אינטימע קרייזען), אַז ער וועט אונז באַזוכען, האָב איך זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. בונדיסטען האָבען צו איהם געפֿיהלט עהרפֿורכט און צווישען זיי האָבען צירקולירט מעשׂה'לאך וועגען זיין שטאַרקען כאַראַקטער און פּראַקטישען שכל. דאָס אַלץ האָט גערייצט מיין נייגעריגקייט. אָבער די הויפּט אורזאַכע פֿאַרוואָס מיר איז געווען אינטערעסאַנט מיט איהם זיך צו באַגעגענען, איז געווען אַן אַנדערע. איך בין געווען אונטער דעם אײנדרוק, אַז איך קען איהם פֿון ווילנא.

דעם ערשטען מאָל האָב איך וועגען קרעמער'ן, אַלס סאָציאַליסטישען פֿיהרער, געהערט אין 1894 אָדער אין 1895. לױט אַ באַשרייבונג פֿון זיין אױסזעהן און כאַראַקטער און אַ פּאָר אַנדערע אײנצעלהייטען, איז מיר אַרױפֿגעקומען אױפֿ'ן זינען, אַז דאָס מוז זיין דער אינגערער ברודער פֿון אַ געוויסען קרעמער, מיט וועלכען איך בין געווען צוזאַמען אין דעם ווילנער אינסטיטוט (ער איז געווען מיט צוויי קלאַסען העכער פֿאַר מיר.* דער אינגערער ברודער איז נאָך דאַן געווען כמעט אַ אינגעל. ער איז געווען אַ שילער אין דעם דריטען קלאַס פֿון דער ווילנער רעאַל-שוהל, וועלכע האָט זיך געפֿונען אין דער נעקסטער געביידע צו דעם אינסטיטוט (זעה 1טען באַנד, פֿיידזש 266-267).

ביי מיר אין זכרון האָט זיך אָפּגעדרוקט אַ בילד, ווי דער יונגינקער קרעמער שטעהט אױפֿ'ן סקווער, אַנקעגען דער רעאַל שול, און416איך מיט נאָך אַ פּאָר אינסטיטוטשניקעס קוקען אױף איהם דורך אַ פֿענסטער. ער שטעהט מיט זיין מאַנטעלע „וו'נאַקידקו" (אָנגעטאָן ניט אױף די אַרבעל) און רעדט צו עטליכע פֿון זיינע חברים. זיין קול קענען מיר ניט הערען. דער אױסדרוק אָבער פֿון זיין שוואַרץ-חנ'עוודיגען פּנים און זיינע אױגען מאַכען אױף מיר אַן אײנדרוק, און איך באַמערק :

— פֿאַרנישקאַ ס'כאַראַקטעראָם, ווידנאָ (אַ בחור'ל מיט כאַראַקטער, זעהט זיך אָן).

אַז ער איז אונזער קרעמער'ס אַ ברודער האָבען מיר געוואואסט. אַגב איז ער געווען אַ ביסעל עהנליך צו איהם.

עטליכע מאָנאַט איידער דער גרינדער פֿון „בונד" איז געקומען קיין ניו-יאָרק, איז געקומען זיין פֿרױ, פּאַטטי. זי פֿלעגט באַזוכען אונזער רעדאַקציע, און איך פֿלעג מיט איהר שמועסען. זי האָט געזאָגט, אַז אַלץ וואָס איך געדענק וועגען יענעם „רעאַליסטעל" און זיין ברודער פּאַסט זיך צו איהר מאַן ; אַז ס'איז „דער זעלבער". אָבער אַבסאָלוט זיכער איז זי ניט געווען.

ענדליך איז ער געקומען. דאָס איז געווען אין דעצעמבער 1904. עס איז געווען דער זעלבער קרעמער. ער איז איצט געווען מיט זעקס-און-צוואַנציג יאָהר עלטער. דער אָנבליק האָט זיך אָבער ניט געענדערט אױף אַ האָר.

ער איז געקומען צוזאַמען מיט אַ צווייטען בונדיסט, וועלכער איז אין דער געהיימער באַוועגונג געווען באַקאַנט אַלס „עזרא" (בערג) — אַ בלאָנדלעכער, אַ הויכער. קרעמער איז געווען טונקעלער, אַ ביסעל נידעריגער געוואָקסען, פֿעסטער געבױט און מיט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון מעהר כאַראַקטער אין פּנים.

בערג איז געווען אַ רעדנער, און צו דיזען צוועק האָט קרעמער איהם מיטגענומען. קרעמער אַליין האָט קיין רעדעס ניט געהאַלטען ; ער האָט איבערהױפּט ווייניג גערעדט, און ווען ער האָט עפּעס געהאַט צו זאָגען, האָט ער דאָס אַרױסגערעדט מיט קורצע פֿראַזען, צום פּונקט.

איך האָב זיך באַלד איבערצייגט אַז אַזעלכע זאַכען ווי עפֿענטליכע אױפֿמערקזאַמקייט, כבוד, אַפּלאָדיסמענטען, אינטערע-

אַרקאַדי קרעמער
אַרקאַדי קרעמער
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 417)

417סירען איהם אבסאָלוט ניט. ער איז אין גאַנצען געווען פֿאַרנומען מיט דעם צוועק פֿון זיין באַזוך.

זיין נאַמען אַלס אַ מענש מיט אַ כאַראַקטער און מיט פּראַקטישען שכל איז באַשטעטיגט געוואָרען. בּונדיסטען האָבען ביי מיר געפֿרעגט: „נו ווי געפֿעהלט אייך עפּעס אונזער אַלעקסאַנדער?"

— אַ וויכטיגע פֿערזענליכקייט — פֿלעג איך ענטפֿערען, און זיי פֿלעגען אַוועקגעהן מיט שיינענדיגע פּנים'ער, אַזוי ווי עס וואָלט זיך האַנדלען וועגען זייער פֿאָטער.

6
ביי דעם מינסקער פֿאַראיין. — רעדנער-פֿעהיגקייט און געהיימע פֿאַרזאַמלונגען.

מאיר לאַנדאָן (זעה דריטען באַנד, פֿיידזש 490) און איך פֿלעגען מיט קרעמער'ן און בערג'ן געהן אױף פֿאַרשיידענע פֿאַרזאַמלונגען. בערג פֿלעגט האַלטען אַ רעדע, און נאָך איהם פֿלעגען מיר רעדען. קרעמער האָט דאָס וואָרט קיין מאָל ניט גענומען. לאַנדאָן האָט דעם „בונד" אין אַמעריקא פֿיל געהאָלפֿען. אױך האָב איך געאַרבייט פֿאַר איהם, אָבּער ניט אַזוי פֿיל ווי ער.

ער פֿלעגט פֿערנאַכלעסיגען זיין לאָא פּראַקטיק און אַרומפֿאָהרען מיט די דעלעגאַטען.

וואָס אַנבאַטרעפֿט מיין אַנטייל צוזאַמען מיט בערג'ן, געדענק איך אַם בעסטען אַ פֿאַרזאַמלונג ביי דעם מינסקער פֿאַראיין.

די אָרגאַניזאַציע איז ניט געווען קיין בּונדיסטישע, און האָט איבערהױפּט ניט געהאַט קיין שייכות מיט דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג — אַ לאַנדסמאַן-געזעלשאַפֿט פֿאַר געגענזייטיגע הילף, וועלכע איז הױפּטזעכליך באַשטאַנען פֿון קלײנע געשעפֿטסלייט, פּראָפֿעסיאָנעלע מענשען, אינשורענס-אַגענטען, א. אז. וו. אין איהר האָט זיך אױך געפֿונען אַ היבשע צאָהל אַרבייטער און סאָציאַליסטיש-געזאָננענע געשעפֿטס-לייט, אָבּער זיי זיינען געווען אַ מינאָריטעט.

דאָס אַלץ האָט מען בערג'ן ערקלערט אײדער ער איז געגאַנגען צו דער פֿאַרזאַמלונג. דאָך האָט ער פֿאַר דעם פֿאַראיין418הױפּטזעכליך גערעדט וועגען דעם „בּונד'ם" ראָלע אין דעם קלאַסען-קאַמף. ער האָט גערעדט מיט אַ שטאַרקער, קלינגענדער שטימע, אָבּער די רעדע גופא איז געווען זעהר אַ טרוקענע, און די ווערטער „פּראָלעטאַריאַט", „קלאַסען-קאַמף", „רעוואָלוציאָנער", האָבּען ניט אױפֿגעהערט צו הילכען איבּערען זאַל.

זיינע צוהערער זיינען געזעסען צוערשט ווי נייגעריגע, דערנאָך אַ בּיסעל ווי צוטומעלטע און דאַן ווי מאַרטירער.

און מיט אַזאַ רעדע האָט ער ערוואַרט אין דיזען עולם אױפֿצואווועקען אַ אינטערעס אין דעם „בּונד" און אַ חשק איהם צו שטיצען!

ווען ער האָט געענדיגט און איך האָב באַקומען דאָס וואָרט, האָבּ איך גענומען דערצעהלען וועגען די העלדען-טהאַטען וואָס די בּונדיסטען ווייזען אַרױס אין דעם קאַמף מיט דעם פּאָגראָמשטשיקעם. איך האָבּ געשילדערט זייער זעלבּסט-שוץ, ווי זיי האָבּען געראַטעוועט אידישע לעבּענס און די עהרע פֿון אידישע טעכטער. איך האָבּ פֿאָרגעשטעלט ווי דיזע העלדישע בּחורים און מיידלאַך פֿאָרשעהנערען דעם אידישען נאָמען.

די מיטגלידער פֿון דעם מינסקער פֿאַראיין האָבּען זיך גלייך פֿאַראינטערעסירט. זיי האָבּען זיך צוגעהערט מיט דער טיפֿסטער אױפֿמערקזאַמקייט.

דער פֿאַראיין האָט דערנאָך דעם „בּונד" געגעבּען אַ גאַנץ שעהנע סומע. אמת, ער וואָלט די דעלעגאַטען מיט ליידיגען ניט געלאָזען געהן, אַפֿילו ווען קיין שום רעדעס וואָלטען ניט געהאַלטען געוואָרען (וואָרים צווישען די איינפֿלוסרייכסטע מיטגלידער האָבּען מיר געהאַט פֿריינד); אָבּער אױב אַ רעדע האָט דער ביי יאָ מיטגעהאָלפֿען, איז דאָס נאַטירליך ניט געווען בערג'ס טרוקענער, לאַנגווייליגער פֿאָרטראַג וועגען די אױפֿגאַבּען פֿון דעם פּראָלעטאַריאַט און דער ראָלע פֿון דעם „בּונד" אין דעם קלאַסען-קאַמף.

אַז בערג'ס רעדעס זיינען אױף אַזעלכע פֿאַרזאַמלונגען ניט אױפֿ'ן פּלאַץ, האָט קרעמער געגומען כאַרשטעהן. אַזוי, וועניג-סטענס, האָט זיך מיר געדאַכט. מיר האָבּען געוואוסט, אַז אין דעם „בּונד", אין רוסלאַנד גופא, איז בערג ניט פֿון די וויכטיגסטע419רעדנער. מיר האָבּען געהערט שבחים וועגען אַנדערע, וועלכע האָבּען געשפּילט אַ פֿיל גרעסערע ראָלע אין דעם „בּונד". יענע זיינען אָבּער געווען לעקטשורערס. זיי פֿלעגען האַלטען ערנסטע פֿאָרטראַגען, וואָהרענד בערג איז דאָרטען געווען ערפֿאָלגרייך אַלס „פֿאָלקס-רעדנער", האָט מען דערצעהלט. איך האָבּ זיך גע-וואונדערט. צי דען האָבּען אַרבייטער ליבּ צו הערען אַזאַ סאָרט פֿאָלקס-רעדנער? איך פֿלעג זיך אָבּער אַליין געבּען אַן אַנטוואָרט:

די רוסישע אומשטענדען זיינען גאַנץ אַנדערע ווי אונזערע; אַלזאָ גילטען דאָרטען רעדנער אױך אַנדערע. אױף אַ געהיימער פֿאַרזאַמלונג, אין אַ וואַלד, קען מען ניט געברױכען די רעדע-מעטאָדען וועלכע פֿאָדערען זיך אױף אַ פֿרייער פּלאַטפֿאָרמע אין אַ רעפּובּליק. דאָס אַלץ האָבּ איך פֿאַרשטאַנען. ביי מיר פֿלעגט אָבּער אױסקומען, אַז גראַד אױף אַ געהיימער פֿאַרזאַמלונג, אין אַ וואַלד, אָדער אין אַ פּריוואַט שטוב, וואו מען דאַרף זיך היטען פֿאַר דער פּאָליציי, גראַד אונטער אַזעלכע אומשטענדען טאָר אַ רעדנער ניט נודענען. און דאָך פֿלעגט מען דאָרטען, אױף די געהיימע מיטינגען, בעגייסטערט ווערען פֿון רעדנער, צו וועלכע מען וואָלט ביי אונז ניט געהאַט קיין געדולד. דער אמת איז געווען: אַז אונטער די רוסישע אומשטענדען האָט אַפֿילו אַ נודניק געקענט באַגייסטערען.

מען פֿלעגט אונז זאָגען, אַז דאָרטען אין רוסלאַנד פֿאָדערט מען ערנסטע וויסענשאַפֿטליכע רייד, און ניט לייכטע אַגיטאַציע. איך אָבּער פֿלעג טייטשען דעם פּשט אַנדערש:

אױף אַ פֿרייער פֿאַרזאַמלונג מוז דער רעדנער זיין אַ רעדנער. אױב ניט, וועט דער עולם זיך צוגעהן. אױף אַ געהיימער פֿאַר-זאַמלונג אָבּער, וואו עס שמעקט מיט סיביר, איז דער פֿאַקט גופא, אַז מען איז אין פֿאַרזאַמעלט, אַ קוואַל פֿון התלהבות. די וואָכעדיגסטע ווערטער קלינגען דאַן שבת'דיג. די לאַנגווייליגסטע רעדע האָט אַ ווירקונג. אַ פּוסטע און נודנע דרשה ווערט צוגעהערט מיט אױפֿ-מערקזאַמקייט. אין די היילען פֿון שפּאַניען, וואו די מאַראַנען פֿלעגען זיך פֿאַרזאַמלען צו דאַווענען, האָט אַ חזן מיט אַ הייזעריגען קול געקענט באַגייסטערען אַזוי גוט ווי אַ פֿינע מינקאָווסקי.

7
גרופּען און זייערע לעהרער. — הייליגטום און וויסענ-שאַפֿטליכקייט. — אַ „גאָלדענער פֿעטער".

420דאָס אַלץ איז אָבּער נאָר אַיין טייל פֿון דער פֿראַגע. זי געהט אױף דער גאַנצער פּראָפּאַגאַנדא סיסטעם פֿון דעם „בּונד", אױף דער שריפֿטליכער, אַזוי גוט ווי אױף דער מינדליכער.

דעם „בּונד'ם" צייט-שריפֿטען, בּראָשורען, פֿלוג-בּלעטער, לייט-אַרטיקלען, זיינען מייסטענס געווען געשריבּען אױף אַ ניט-פּאָפּולע-רער שפּראַך, צו טרוקען און צו שווער פֿאַר אונזער עולם. איך פֿלעג מיט אונזערע געסט, די בּונדיסטישע פֿיהרער טענה'ן:

— איהר זייט דאָך אַ מאַסען-פּאַרטיי. צי דען מיינט איהר, אַז די אידישע מאַסען פֿאַרשטעהען אייער האַרטען וויסענשאַפֿט-ליבּען לשון?

איך פֿלעג נעמען אַ בּונדיסט, איינעם פֿון מיינע נאָהענטע פֿריינד, און איהם געבּען איבּערלעזען אַ קאַפּיטעל. דאָס רוב פֿלעגט זיך אַרױסצייגען, אַז ער פֿאַרשטעהט ניט. ווען דער „בּונד" האָט אין ווילנא אַרױסגעגעבּען זיין טעגליכע „פֿאָלקס-צייטונג", האָבּ איך אייניגע מאָל געמאַכט אַזאַ פּראָבּע מיט איהרע לייט-אַרטיקלען, און דער רעזולטאַט פֿלעגט זיין דער זעלבּער.

איינער פֿון די אַנטוואָרטען, וואָס מען פֿלעגט מיר געבּען, איז בּעשטאַנען אין פֿאָלגענדען:

די בּונדיסטען אין דער היים זיינען צוטיילט אױף קלײנע געהיימע גרופּען, יעדע גרופּע מיט אַן ערקלערער אָדער לעהרער. דער ערקלערער לערענט די בּראָשורע אָדער דעם לייט-אַרטיקעל מיט זיין גרופּע, ווי אַ מלמד מיט זיין חדר. די בּראָשורען אָדער פֿלוג-בּלעטער דאַרפֿען גאָר ניט זיין פּאָפּולער. זיי זיינען געשריבּען ניט דירעקט פֿאַר די מאַסען, נאָר פֿאַר די גרופּען-לעהרער.

די דאָזיגע ערקלעהרונג האָט מיר ווייניג גענומען.

מיר האָבּען שױן דאָ געהאַט גענוג בּונדיסטען פֿון דער היים, און איך האָבּ זיך איבּערצייגט, אַז דער בּרייטער בּונדיסטישער עולם האָט די בּראָשורען מיט די לייט-אַרטיקלען מיט די פֿאָר-טראַגען ווייניג פֿאַרשטאַנען. צי מיט לעהרער, צי אָהן לעהרער,421זיי זיינען אָבּער בּיי זיי געווען אַ הייליגטום, און ווען אַ שפּראַך איז הייליג, אַפֿעלירט זי צום האַרצען, צי דער מוח פֿאַרשטעהט איהר צי ניט.

אַ קאַטױלישער שמיד הערט ווי דער גלח איז מתפּלל אױף לאַטיין, און די אונפֿאַרשטענדליכע ווערטער באַגייסטערען איהם.

דער ערפֿאָלג פֿון דעם „בּונד" האָט געשטאַמט פֿון דעם אָפּ-קלאַנג, וואָס ער האָט געפֿונען אין די ה ע ר צ ע ר פֿון אידישע בּעל-מלאכות מעהר — אַ סך מעהר — ווי פֿון די אַנשטרײנגונגען וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט געמאַכט אַרײנצושפּאַרען אין זייערע מ ו ח ו ת די וויסענשאַפֿטליכע אױסדרוקען פֿון דער מאַרקסיסטי-שער טעאָריא. דיזע אָנשטרײנגונגען זיינען געווען פֿרוכטלאָז.

בּונדיסטישע פֿיהרער פֿלעגען צו מיר זאָגען: „ווען מיר וואָלטען געהאַט שרייבּער וואָס קענען ערקלערען אַן ענין פּאָפּולער, וואָלטען מיר אודאי געווען צופֿרידען. מיר האָבּען זיי אָבּער ניט. אונזערע לייט-אַרטיקלען, למשל, מוזען צוערשט גאָר געשריבּען ווערען אױף רוסיש, דערנאָך איבּערזעצט מען זיי אױף אידיש (עס איז אַ פֿאַקט, אַז די וויכטיגסטע פֿיהרער פֿון „בּונד" האָבּען ניט געקענט שרייבּען קיין אידיש. מאַרק ליבּער האָט צוערשט זאָגאַר ריידען אידיש אױך ניט געקענט פֿליסיג. ער האָט זיך דאָס אױס-געלערענט אין דעם „בּונד" גופא, און זיין „גױאישקער" אידיש איז בּיי איהם איגענטליך פֿאַרבּליבּען. ענליכעס קען מען אױך זאָגען, בּיז אַ געוויסען גראַד יעדענפֿאַלס, וועגען קרעמער'ן און אַבּראַמאָוויטש'ען*.

איך צווייפֿעל אָבּער אױב אין יענע יאָהרען וואָלט אָן אמת פּאָפּולערער מאַנוסקריפֿט געהאַט אַ שאַנס אָנגענומען צו ווערען פֿון אַ בּונדיסטישע רעדאַקציע צום דרוקען. עס קען אפֿשר קלינגען ווי אַ שפּאַס. עס איז אָבּער אַן אמת, אַז ווען אַן אַרטיקעל איז געווען ניט-פּאָפּולער געשריבּען, איז דאָס בּעטראַכט געוואָרען אַלס אַ טייל פֿון זיין וויסענשאַפֿטליכקייט. אױב דער עולם קען לייכט פֿאַרשטעהען, הייסט דאָס אַז עס איז „צו וואָסערדיג".

422אין אַ געשפּרעך מיט קרעמער'ן האָבּ איך אַמאָל געפֿרואוום ווייזען אַז די מעטאָדען וואָס פּאַסען זיך צו דער אַרבייטער בּאַ-וועגונג אין רוסלאַנד, פּאַסען זיך ניט אין אַמעריקא. „די היגע אַרבייטער האָבּען גאַנץ אַנדערע אױסזיכטען און שטרעבּונגען, גאַנץ אַנדערע געפֿיהלען און געדאַנקען" — האָבּ איך אַרגומענטירט — „פֿילע פֿון זיי זיינען טאַקע אױף צרות, אָבּער מאַסען פֿון זיי פֿאַר-דינען גוט און שפּאָרען אָפּ געלט און ווערען אױס אַרבייטער. עס טרעפֿט מיר ניט זעלטען צו האַלטען אַ רעדע בּיי אַ סטרייק וואָס ווערט אָנגעפֿיהרט געגען אַ געוועזענעם צוהערער פֿון מיינע רעדעם. מיט עטליכע יאָהר פֿריהער איז ער געווען אַ פּראָלעטאַריער און פֿלעגט סטרייקען. היינט איז ער אַ פֿאַבּריקאַנט און מען סטרייקס בּיי איהם."

קרעמער האָט דאָס נאַטירליך גוט פֿאַרשטאַנען, און ער האָט אױך גוט פֿאַרשטאַנען, אַז די אומשטענדען פֿון דער אַמעריקאַנער בּאַוועגונג זיינען אין אַלגעמיין גאַנץ אַנדערע ווי די אומשטענדען פֿון דער רוסישער בּאַוועגונג. און דאָך האָבּ איך געפֿיהלט, אַז ער קוקט אױף אונזער בּאַוועגונג פֿון אױבּען-אַראָפּ.

אַן ענליכען איינדרוק האָבּ איך בּאַקומען כמעט פֿון יעדען פֿון די אַנדערע וויכטיגע בּונדיסטען וואָס האָבּען אונז בּעזוכט.

אין דייטשלאַנד איז מיט פֿילע יאָהרען צוריק געווען אַ מיליאָ-נער, וואָס האָט שטאַרק סימפּאַטיזירט מיט דער סאָציאַליסטישער בּאַוועגונג און איהר געשטיצט מיט גרױסע סומען. אַליין אָבּער האָט ער אין דער בּאַוועגונג קיין אַנטייל ניט גענומען. די דייטשע סאָציאַליסטען פֿלעגען איהם רופֿען „גאָלד-אָנקעל". ווען די בּונדיסטען האָבּען אָנגעהױבּען צו אונז צו קומען נאָך שטיצע, פֿלעגט זיך מיר דוכטען, אַז מיר זיינען בּיי זיי ניט מעהר ווי אַ „גילדערנער פֿעטער", און אַז ווייטער האַלטען זיי אונז כמעט ניט פֿאַר קיין סאָציאַליסטען.

טיילווייז האָט דאָס געהייסען, אַז זיי קומען צו זייערע אייגענע רוסישע חברים, אימיגראַנטען, וועלכע זיינען מיט צוויי אָדער דריי יאָהר צוריק געווען מיטגלידער פֿון דעם „בּונד" אין דער היים. אָבּער אין צוויי אָדער דריי יאָהר ווערם אין די אימיגראַנטען אַן ענדערונג. אייניגע פֿון זיי הײבּען זיך שױן אָן423„אַרױפֿצואַרבּייטען", און זייער היימישע פּראָלעטאַרישקייט איז שױן אױסגעוועפּט. אייניגע, ווידער, זיינען פּשוט געוואָרען אױס-אַרבּייטער, בּאַקומען שטעלען אַלס אַגענטען פֿון אינשורענס קאָמפּאַ-ניעם אָדער אפֿשר געקױפֿט אַ סטענדעל אָדער אַ קלייטעל — גע-וואָרען „גילדערנע פֿעטערלאַך", אַלזאָ, און מיט דער צייט שױן אַפֿילו דאָס אױך ניט געבּליבּען. אַ געוועזענער היגער בּונדיסט, אַ בּראַווער קעמפֿער, ווערט בּיסלאַכווייז אַ פֿאַבּריקאַנט אין אַמע-ריקא, האַלט סקעבּם און קעמפֿט געגען דער יוניאָן...

פֿאַרשטעהט זיך, אַז דאָס איז ניט געווען קיין כּלל, אָבּער קיין זעלטענע אױסנאַהמע איז דאָס אױך ניט געווען.

איך, פֿון מיין זייט, פֿלעג די בּונדיסטישע דעלעגאַטען האַלטען פֿאַר מענשען, וואָס געבּען זיך צו שטאַרק אָפּ מיט צוויי-פֿעלהאַפֿטע טעאָריען. זייערע ספּעציעלע „בּונד" דאָגמען, מיט זייער געמיש פֿון קלאַסען-קאַמף און אידישע קולטור, איז פֿאַר מיר ניט געווען איבּערצייגענד. אױך פֿלעג איך פֿרעגען קשיות אױף דעם „קלאַסען-קאַמף" צווישען אַ בּיאַליסטאָקער אָדער בּערדיטשעווער בּעל-מלאכה און דעם קבצן'ישען בּאַלעבּאָס, בּיי וועמען ער אַרבּייט.

בּיי מיר איז דאָס וויכטיגסטע געווען דער פֿאַקט, אַז דער „בּונד" האָט אױפֿגעהױבּען דעם גייסט פֿון דעם אידישען בּעל-מלאכה — און אױב פֿון דער טעאָרעטישער טייל פֿון דעם בּונדיזם בּין איך ניט נתפּעל געוואָרען, האָבּ איך אָבּער געזעהן, אַז זיין פּראַקטישע זייט טוט אַ סך גוטעם. די בּונדיסטישע אַרבּייטער, וואָס זיינען געקומען צו אונז, זיינען געווען מעהר ענטוויקעלט ווי די אַרבּייטער וואָס פֿלעגען פֿריהער אימיגרירען.

די אַלע מיינונגס-פֿאַרשיידענהייטען (און אפֿשר אױך געפֿיהל-פֿאַרשיידענהייטען) האָבּען אונזערע צוויי צדדים ניט געשטערט צו זיין אין די וואַרימסטע פֿערזענליכע בּאַציהונגען. איך פֿלעג זיך קלערען: די געבּילדעטע קינדער פֿון בּאַלעבּאַטישע פֿאַמיליען, די לידערם פֿון דעם „בּונד" פֿיהרען אַ לעבּען פֿון געפֿאַהר און אָפּקו-424העלפֿען זיי עררייכען דעם צוועק פֿון זייער שליחות, איז מיר קיין זאַך ניט געווען צו שווער.

אין „פֿאָרווערטס" זיינען פֿאַר זיי געשריבּען געוואָרען פֿילע אַרטיקלען פֿון ליעסין'ען און פֿון ש. פּעסקין'ען, אָבּער איך האָבּ פֿאַר זיי אױך גענוג אַגיטירט — מיט'ן פֿעדער און אױף דער פּלאַטפֿאָרמע.

8
די „בּאַבּושקאַ" און דר. זשיטלאָווסקי. — מיינע אינטערוויוס מיט איהר. — אין פּעניועל הכּלל, בּאָסטאָן.

קרעמער איז אין אַמעריקא פֿאַרבּליבּען בּיז יולי. מיט עטליכע מאָנאַט שפּעטער (דעם 12-טען נאָוועמבּער, 1904) האָבּען מיר מקבל פּנים געווען צוויי אַנדערע געסט — דעלעגאַטען ניט פֿון „בּונד", נאָר פֿון דער פּאַרטיי סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען. דאָס זיינען געווען די בּאריהמטע אַלטע רעוואָלוציאָנערין יעקאַטע-רינא בּרעשקאָווסקאַיא און דר. חיים זשיטלאָווסקי. איך בּין גע-גאַנגען זיי בּאַגעגען אױפֿ'ן שיף.

אין דעם צווייטען בּאַנד פֿון דיזע „בּלעטער" (פֿיידזשעם 167, 168 און 169) ווערט דערצעהלט וועגען דעם רעוואָלוציאָנערען בּיכעל „קאַלענדאַר נאַראָדני וואָלי", וועלכען איך האָבּ בּאַקומען, ווען איך בּין אָפּגעווען אין אַמעריקא אַ יאָהר. דאָרטען ווערט דער-מאָנט, אַז דער „קאַלענדאַר" האָט ענטהאַלטען אַ בּיילאַגע פֿון זעכציג פֿאָטאָגראַפֿישע בּילדער — פּאָרטרעטען פֿון רוסישע פֿריי-הייטס-קעמפֿער, און ווי הייליג זיי זיינען בּיי מיר געווען. איינע פֿון די זעכציג פֿאָטאָגראַפֿיעס איז געווען פֿון יעקאַטערינא בּרעש-קאָווסקאַיא. איצט, מיט איין-און-צוואַנציג יאָהר שפּעטער, ווען איך האָבּ געהערט אַז דיזע בּרעשקאָווסקאַיא, איינע פֿון יענע טייערע מענשען, קומט קיין ניו-יאָרק, האָבּ איך זיך גענרייט איהר צו עמפֿאַנגען מיט אַ געפֿיהל פֿון אונבעשרייבּליכען אינטערעס און עהרע-פֿורכט.

יעקאַטערינאַ ברעשקאָװסקאַיאַ („באַבושקאַ
יעקאַטערינאַ ברעשקאָװסקאַיאַ („באַבושקאַ") · ד״ר חיים זשיטלאָװסקי
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 425)

425האָר, אָהן אַ שפּור עהנליכקייט צו יענעם פּאָרטרעט. אָבּער דיזע ווייס-האָריגע רוסין איז געווען זעהר סימפּאַטיש, און זי איז דאָך פֿאָרט געווען יעקאַטערינא בּרעשקאָווסקאַיא.

זי האָט מיר גלייך גענומען זאָגען „דו", און אין דעם האָט געקלונגען אי פֿרייהייט פֿון פּוסטע צערעמאָניעס און נאַרישע מנהגים, — די גייסטיגע פֿרייהייט און אױפֿריכטיגקייט פֿון די ניהיליסטען פֿון די 70-טע יאָהרען — אי אַ טאָן פֿון מוטערליכ-קייט. איהר „דו" איז מיר געווען ליב.

זי איז ניט געווען קיין הױכע. און איהר רױטליכער רוסישער פּנים איז געווען בּאַלױכטען מיט אַן אַנגענעהמען שמייכעל. איך האָבּ זיך דערפֿיהלט אַזוי ווי מיר וואָלטען געווען בּעקאַנט פֿון לאַנג. אַזוי ווי זי וואָלט ווירקליך געווען אונזער אַלעמען'ס „בּאַבּושקאַ".

מיט דר. זשיטלאָווסקי'ן בּין איך שױן געווען בּעקאַנט פֿון פֿריהער, פֿון 1893, ווען מיר האָבּען זיך בּאַגעגענט אין צוריך (זעה דריטען בּאַנד, פֿיידזש 337). אין די עלף יאָהר האָט זיין פּנים זיך אַבּיסעל געענדערט. איך האָבּ איהם אָבּער גלייך דערקענט. אַ בּלאָנדער, מיט אַ פֿולע, נעט-בּאַשאָרענע בּרױנע בּאָרד און שמיי-כעלדיגע אױגען, האָט ער געמאַכט דעם איינדרוק פֿון אַ לומדישען סוחר. אין די עלף יאָהר איז זיין רעפּוטאַציע אױסגעוואַקסען. ער איז געווען בּעקאַנט אַלס איינער פֿון די וויכטיגסטע טעאָרעטיקער פֿון דער פּאַרטיי סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען און צו דער זעל-בּער צייט אַלס אַ פֿיהרער פֿון דעם ראַדיקאַלען אידישען נאַצי-אָנאַליזם.

וועגען דער „בּאַבּושקאַ" און איהר רעוואָלוציאָנערער פֿאַר-גאַנגענהייט האָבּען מיר אין „פֿאָרווערטס" געדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען. דערנאָך האָבּ איך מיט איהר געהאַט אַ לאַנגע רייהע אינטערוויוס. יעדען נאָכמיטאָג פֿלעג איך אַרױפֿקומען אױף איהר קוואַרטיר, און אין אַ פֿאַרלױף פֿון אַ פּאָר שטונדען פֿלעגט זי מיר426סיביר, א. ז. וו. שפּאַצירענדיג איבּער'ן צימער האָט זי גערעדט ווי אַ לעהרער, וואָס האַלט אַ לעקציע פֿאַר זיין קלאַס. אָפֿט מיט די הענט פֿאַרלייגט אױף הינטען, און מייסטענס מיט אַ לייכטען שאַל איבּער'ן פּלייצע, מיט'ן קאָפּ אַבּיסעל איינגעבּױגען און מיט אַ שיינענדיגען פּנים, אַזוי ווי שמייכלענדיג, פֿלעגט זי מאַרשירען הין און צוריק און דערצעהלען. און איך פֿלעג זיצען בּיים טיש און פֿאַרצייכענען — מיט האַלבּע ווערטער און מיט אַלערליי אייגענע-געמאַכטע סטענאָגראַפֿישע סמנים. אױף דיזען אָרט האָבּ איך פֿאַרשריבּען יעדען וואָרט, וואָס זי האָט געזאָגט.

איהר שטימע האָט זיך אין זיך געהאַט אַן אַנגענעהמען קלונג, אין וועלכען איהרע רוסישע ר'ען פֿלעגען אַריינגעבּען דעם חן פֿון אַ האַרציגער געמיטליכקייט.

פֿון צייט צו צייט פֿלעג איך איהר אונטערבּרעכען מיט אַ פּאָר פֿראַגען. זי פֿלעגט מיר ענטפֿערען און ווידער אָנגעהן מיט דעם פֿאָדים פֿון איהר ערצעהלונג. אַמאָל פֿלעגט מיין פֿראַגע אַרױסרופֿען אין איהר אַ שטראָם פֿון נייע עראינערונגען, וועלכע פֿלעגט איהר פֿאָרטראַגען אָן אַ זייט. דערנאָך פֿלעגען מיר זיך אומקעהרען צום פֿריהערדיגען ענין, און זי פֿלעגט פֿאָרטזעצען. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגען די זיבּעציגסטע יאָהרען, וועגען די ערשטע קאַמפֿען פֿון די רוסישע פֿאָלקס-פּראָפּאַגאַנדיסטען. איך בּין מיט דעם ענין געווען גוט בּעקאַנט, און ער איז מיר געווען זעהר אינטערעסאַנט. וועגען מענשען, וואָס זייערע נעמען זיינען מיר אימער געווען טייער, האָבּ איך איצט געהערט מאַסען איינ-צעלהייטען פֿון זייער חבר'טע און מיט-קעמפֿערין. זיי זיינען געוואָרען לעבּעדיגער, ווירקליכער.

איך בּין קיין מאָל ניט מיד געוואָרען פֿרעגענדיג און הערענדיג וועגען זיי.

דיזע אינטערוויוס האָבּען אָנגעהאַלטען פֿיר און צוואַנציג טעג. זי האָט מיר געגעבּען אַן אונשעצבּארען בּיאָגראַפֿישען מאַטעריאַל, וועלכער געהערט צי דער געשיכטע פֿון דעם רוסישען פֿרייהייטס-קאַמף. יעדען טאָג פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס" דרוקען דעם רעזול-427יאָהר האָבּען די אינטערוויוס געמוזט אונטערבּראָכען ווערען. זי האָט בּעדאַרפֿט פֿאָהרען אױף אַ טור, בּאַזוכען אַנדערע אַמערי-קאַנער שטעדט, דאָרטען האַלטען רעדעם וועגען דעם רוסישען קאַמף און זאַמלען געלט פֿאַר איהם.

דיזע אינטערוויוס זיינען געגאַנגען אין „פֿאָרווערטס" פֿון דעצעמבּער דעם 6טען בּיז דעצעמבּער דעם 30טען (1904).

אין בּאָסטאָן בּין איך מיט איהר מיטגעפֿאָהרען. דאָרטען האָט איהר אַגיטאַציע ענערגיש מיטגעהאָלפֿען די בּעקאַנטע אַמע-ריקאַנער כּלל-טוערין איזאַבּעל בּלעקוועלל סטאָון. זי האָט פֿאַר איהר אָראַנזשירט מיטינגען, עפֿענטליכע און פּריוואַטע, און איהר בּעקאַנט געמאַכט מיט רייכע ליבּעראַל-געשטימטע אַמעריקאַנער, וועלכע האָבּען סימפּאַטיזירט מיט דעם רוסישען קאַמף פֿאַר פֿריי-הייט. מיט אייניגע פֿון זיי האָט די בּאַבּושקאַ גערעדט אױף פֿראַנצויזיש; מיט אַנדערע דורך אַ איבּערזעצער. אייניגע מאָנאַטען שפּעטער האָט זי שױן אַליין גערעדט ענגליש, און האָט זיך אין דאָלמעטשערס ווייניגער גענױטיגט.

די גרעסטע פֿאַרזאַמלונג אין בּאָסטאָן איז פֿאָרגעקומען אין דעם היסטאָרישען פּעניועל האָלל, וועלכער איז בּעקאַנט אַלס די „וויגעלע פֿון דער אַמעריקאַנער פֿרייהייט", ווייל דאָרטען זיינען אָפּגעהאַלטען געוואָרען די ערשטע מאַסען-פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע געגען ענגלאַנד.

די בּאַבּושקאַ האָט גערעדט אױף רוסיש און איך האָבּ דער-נאָך איהר רעדע איבּערזעצט אױף ענגליש.

9
דר. זשיטלאָווסקי'ם לעקטשורם און זיין קרוזשאָק. — די אַנאַרכיסטען.

דר. זשיטלאָווסקי האָט אָנגעפֿאַנגען צו געבּען לעקטשורס (פֿאָרטראַגען, רעפֿעראַטען), און זיי האָבּען צוגעצויגען אַ גרױסען428ער האָט געגעבּען אַ סעריע פֿאָרטראַגען וועגען דער מאַרקסיס-טישער טעאָריע (פֿון אַן אַנטי-מאַרקסיסטישען שטאַנדפּונקט), אי-בּער פֿילאָזאָפֿיע, בּיאָלאָגיע, אידישע געשיכטע, ליטעראַטור און אַנ-דערע ענינים. מייסטע פֿון דיזע פֿאָרטראַגען האָט ער געהאַלטען אין ניו-יאָרק; ער האָט אָבּער געהאַלטען לעקטשורם אין פֿילע אַנדערע אַמעריקאַנער שטעדט אױך.

אַרום איהם האָט זיך געבּילדעט אַ גרופּע, וועלכע איז הױפּט-זעכליך בּאַשטאַנען פֿון אַנאַרכיסטען (די וואַרימסטע פֿריינדשאַפֿט צו דער בּאַבּושקאַ האָט אױך אַרױסגעוויזען אַן אַנאַרכיסטקע — די בּאַקאַנטע עמאַ גאָלדמאַן). די ניט-אַנאַרכיסטען פֿון דעם קרו-זשאָק זיינען געווען מענשען ווי דר. קאַפּלאַן אָדער דר. עלסבּערג, סאָציאַליסטען וואָס האָבּען צו קיין אַמעריקאַנער פּאַרטיי איבּער-הױפּט ניט געהערט, הגם געשטימט האָבּען זיי אימער פֿאַר אונזער פּאַרטיי. רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטען, אָדער מיר, מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, האָבּען צו דר. זשיטלאָווסקי'ם קרוזשאָק ניט געהאַט קיין שייכות, ווייל ער איז געווען אַ טעאָ-רעטישער געגנער אונזערער.

קיין אַנאַרכיסט איז דר. זשיטלאָווסקי ניט געווען. ווי ער האָט זיך אַמאָל אױסגעדריקט אין אַ געשפּרעך מיט מיר, האָבּען זיינע איבּערצייגונגען זיך געפֿונען צווישען דעם סאָציאַליזם און דעם אַנאַרכיזם, אָבּער ניט פּונקט צווישען. ער האָט געמאַכט די דריי פֿינטעלאַך פֿון אַ סגל און געזאָגט, אַז אױב צוויי פֿון די פֿינטע-לאַך שטעלען פֿאַר דעם סאָציאַליזם און דעם אַנאַרכיזם, געפֿינט ער זיך אױפֿ'ן דריטען פֿינטעלע.

די אַנאַרכיסטען און די אַנדערע מיטגלידער פֿון זיין גרופּע זיי-נען צו איהם צוגעבּונדען געוואָרען ווי חסידים צו אַ בּאַליבּטען רבּי'ן. מיר, סאָציאַליסטען, האָבּען איהם אױך רעספּעקטירט. זיי-נע טעאָריען האָבּען אָבּער אונז ניט גענומען. איך מיין ניט נאָר זיינע לעקטשורם וועגען דער מאַרקסיסטישער לעהרע. איך מיין אױך זיינע לעקטשורם וועגען אידישיזם, און וועגען מאַנכע אַנ-429און פּראָגראַמען אָבּער האָבּען אױף אונז ניט געקאָנט מאַכען קיין איינדרוק. איך האָבּ איהם בּאַטראַכט אַלס אַ מאַן פֿול מיט וויסען, מיט אונגעוועהנליכע פֿעהיגקייטען און מיט אַן איידעלען כאַ-ראַקטער, אָבּער מיט אַ זעהר ניט-רעאַליסטישען בּליק אױף דער וועלט. ער האָט מיר עראינערט אָן די אונפּראַקטישע אידישע לומדים, וועלכע איך האָבּ געקענט אין מיין געבּורטס-שטאָדט. פֿון דער אַנדערער זייט איז דער „פֿאָרווערטס", ווי איך האָבּ איהם געפֿיהרט, איהם שטאַרק ניט געפֿעלען געווען.

ער פֿלעגט אַרױפֿקומען צו אונז אין רעדאַקציע, און מיר פֿלע-גען זיך אױך טרעפֿען בּיי געמיינשאַפֿטליכע פֿריינד. אין קאַמפֿ-ניע איז ער געווען אַ פֿרעהליכער, אַנגענעהמער מענש, אימער אַ דזשענטעלמען; פֿלעגען מיר פֿאַרבּרענגען אַן אָוונד גאַנץ פֿרי-יאַטנע.

שפּעטער איז זיין אָפּאָזיציע צום „פֿאָרווערטס" פֿאַרשאַרפֿט געוואָרען, און ער האָט זאָגאַר געמאַכט דעם „אַרבּייטער רינג" אַ פֿאָרשלאַג, אַז ער זאָל גרינדען אַ טעגליכע צייטונג מיט דעם צוועק צו בּאַקעמפֿען דעם „פֿאָרווערטס". פֿון דעם איז גאָר ניט אַרױס-געקומען, וואָרים אַרױסצוגעבּען אַ טעגליכע צייטונג איז ניט אין דעם „אַרבּייטער רינג'ם" ראָלע. און אַ חוץ דעם איז אַן אָן-געהיירערע מאַיאָריטעט פֿון דעם „אַרבּייטער רינג" בּאַשטאַנען פֿון אונזערע וואַרימע אָנהענגער.

מיט דער צייט איז דער כּעס אױפֿ'ן „פֿאָרווערטס" בּיי איהם טיילווייז אָפּגעגאַנגען, און בּיסלאַכווייז האָבּען מיר זיך ווידער אָנגעהױבּען צו בּאַגעגנען. מיר זיינען „מרוצה געוואָרען ניט מרוצה צו זיין". איך מוז בּאַמערקען, אַז ער האָט זיך אימער געהאַלטען אַנשטענדיג און העפֿליך, אמת קולטורעל; אָפֿט זאָגאַר מיט אַ סימפּאַטישע פֿריינדליכקייט אפֿילו אין די שאַרפֿסטע טיילען פֿון זיין שרייבּען געגען מיר.

10
איבּרעהעמם. — מענדעל ראָזענבּױם. — גורעוויטש.

אַ האָמלער בּונדיסט, וועלכער האָט זיך בּיי אונז גערופֿען אייבּ-רעהעמם אױפֿ'ן אַמעריקאַנער שטייגער, (זיין אמת'ער נאָמען איז430געווען ישעיה גאָלאָוטשינער), האָט אונערמידליך געזאַמעלט געלד פֿאַר'ן „בּונד". ער האָט געאַרבּייט טאָג און נאַכט. מיט אַ פּאָרט-פֿעל אונטער'ן אָרים, פֿלעגט ער אַרומגעהן פֿון פֿאַראיין צו פֿאַראיין, פֿון פּריוואַט הױז צו פּריוואַט הױז; און ער האָט זיך קױם פֿאַר-גונען אָפּצועסען אַ מאָלצייט אױפֿ'ן „בּונד'ם" חשבּון. ער איז גע-ווען אַ כעמיקער, האָט ער געפֿונען אַ לאַבּאָראַטאָריע, וואו ער פֿלעגט אַרבּייטען עטליכע טעג אױף זיין אייגענע חיונה, און דערנאָך ווידער זיך אַריינווואָרפֿען אין דער אַרבּייט פֿאַר'ן „בּונד". זיין איבּערגעבּענהייט און זיין זעלבּסט-אָפֿפֿערונג האָט אַרױסגערופֿען אַ הױכען רעספּעקט צו איהם. יעדער פֿון אונז איז געווען גערען איהם צו העלפֿען.

אייברעהעמס פֿלעגט מיר דערמאַנען אָן אַ משולח פֿון די סאָ-ציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען — אַ געלט-זאַמלער, וועלכער פֿלעגט אַרבּייטען מיט אַן ענליכער איבּערגעבּענהייט און מיט אַן ענליכער ענערגיע. דאָס איז געווען דער בּעקאַנטער רעוואָלוציאָנער מענ-דעל ראָזענבּױם. ער איז געווען שלאַנקער און בּלאָנדער ווי אייבּ-רעהעמס. אַ דאַרער, מיט אַ שפּיציגע בּערדעל, מיט אַ שטעקעלע אין איין האַנט און מיט אַ פּאָרטפֿעל אין דער צווייטער, פֿלעגט ער זיך בּאַווייזען און פֿאַרשווינדען און זיך ווידער בּאַווייזען, האַוועני-דיג און איבּערקערענדיג בּערג, אָהן ליאַרם, אָהן טענות. אין רוס-לאַנד איז ער געווען אין דעם רעכטען בּרען פֿון קאָנספּיראַטיווע אַרבּייט און האָט דורכגעמאַכט גרױסע געפֿאַהרען. ער האָט אַמע-ריקא בּאַזוכט פֿריהער ווי די בּאַבּושקאַ און דר. זשיטלאָווסקי. ווען זיי זיינען געקומען, איז ער שױן געווען אַוועקגעפֿאָהרען צוריק קיין אייראָפּאַ. שפּעטער איז ער ווידער געקומען, און דאַן איז ער שױן פֿאַרבּליבּען אין אַמעריקא.

אַ סימפּאַטישער גאַסט פֿון די בּונדיסטען איז געווען דר. מאָיסעי גורעוויטש, וועלכער האָט זיך ערוואָרבּען אַ נאָמען דורך אַ בּראַווע רעוואָלוציאָנערע רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטען אױף431רונג פֿון אױפֿריכטיגקייט; און דער „בּונד" איז בּיי איהם גע-ווען דאָס זעלבּע ווי בּיי אייברעהעמס'ן — דער גאַנצער לעבּען. ער איז אױך פֿאַרבּליבּען אין אַמעריקא.

11
די יאַפּאַנעזער מלחמה. — דער יאָהר 1905. — די ערשטע רוסישע רעוואָלוציע. — נייע טייכען בּלוט. — ווי אַזוי די היסטאָרישע פּאַסירונגען האָבּען אָפּגע-הילכט בּיי אונז אין ניו-יאָרק.

מיר האַלטען דאָ בּיי די שטורעמדיגע צוויי יאָהר, וועלכע זיי-נען בּעקאַנט אַלס די „ערשטע רוסישע רעוואָלוציע" און איהרע נאָכוועהענישען. אום דעם איינגערען לעזער זאָל לייכטער זיין צו פֿאַרשטעהן ווי אַזוי דיזע גרױסע פּאַסירונגען פֿון אונזער אַלטער היים האָבּען זיך אָפּגעשפּיגעלט אין „פֿאָרווערטס" און אין אונ-זער בּאַוועגונג, וועל איך צוערשט אױסרעכענען די וויכטיגסטע מאָמענטען פֿון יענעם היסטאָרישען קאַפּיטעל.

אַלס הקדמה צו דער רעוואָלוציע האָט געדינט די מלחמה צווישען רוסלאַנד און יאַפּאַן, וועלכע האָט זיך געענדיגט מיט אַזאַ בּיטערע נידערלאַגע פֿאַר דער רוסישער רעגירונג. (פֿאַרבּייגעהענ-דיג, ווילען מיר דערמאַנען, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, רוז-וועלט, האָט די מלחמה געענדיגט מיט אַ שלום צווישען די צוויי קריגענדע צדדים. דער שלום איז געשלאָסען געוואָרען אין פּאָרטס-מוטה, ניו העמפּשעיר, ניט ווייט פֿון בּאָסטאָן, מיט דעם רוסישען הױפּט-מיניסטער וויטע, פֿון איין זייט, דעם יאַפּאַנעזישען הױפּט-מיניסטער פֿון דער אַנדערער זייט און פּרעזידענט רוזוועלט אַלס פֿאַרמיטלער. ווי בּיי יעדער מלחמה, וואָס די רוסישע רעגירונג פֿלעגט פֿיהרען, האָט זיך דאָ אַרױסגעוויזען די אונפֿעהיגקייט און פֿאַרפֿױלטקייט פֿון דער גאַנצער צאַרישער סיסטעם. דאָס האָט432איז צוערשט דערגרייכט געוואָרען זונטאָג, דעם 9-טען יאַנואַר (דעם 22טען נאָך דעם נייעם קאַלענדאַר, 1905).

די פּעטערבּורגער אַרבּייטער האָבּען אָרגאַניזירט אַ דעמאָן-סטראַציע צום צאַר, פֿאָדערענדיג בּרױט און פֿרייהייט. די דעמאָן-סטראַציע איז פֿאָרגעקומען אין דעם בּאַשטימטען זונטאָג, אונטער דער פֿיהרערשאַפֿט פֿון אַ גלח מיט'ן נאָמען גאַפּאָן, וועלכער האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע אָבּער צווייפֿעלהאַפֿטע קאַריערע. זיי האָבּען געמאַרשירט צום פּאַלאַץ, און געענדיגט האָט זיך זייער מאַרש מיט דעם, וואָס סאָלדאַטען האָבּען געשאָסען אױף די מאַר-שירענדע און פֿילע זיינען געפֿאַלען. דער ווייסער שניי איז בּאַ-גאָסען געוואָרען מיט בּלוט און בּאַשאָטען מיט טויטע קערפֿערם.*

דער טאָג איז בּאריהמט געוואָרען אַלס „דער רויטער זונטאָג".

אַלץ איז געוואָרען שטיל, אָבּער נאָר אױף אַ קורצע צייט. עס האָבּען זיך אָנגעהױבּען נייע אומרוהען. עס האָבּען זיך גע-נומען הערען אױפֿשטאַנדען. איינער פֿון די דראַמאַטישסטע און אינטערעסאַנטסטע איז פֿאָרגעקומען אױף דער גרױסער קריגס-שיף „פּאָטיאָמקין", לעבּען אָדעם. דאָס איז געווען אין דעם זו-מער פֿון 1905.

דער רעוואָלוציאָנערער גייסט האָט זיך געלאָזט פֿיהלען אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען, ניט נאָר בּיי דעם אַרבּייטער קלאַס, נאָר כמעט בּיי אַלע קלאַסען. אָבּער די אַרבּייטער און די ראַדיקאַלע אינטעליגענץ האָבּען דערביי געשפּילט די וויכטיגסטע ראָלע.

אַ פֿאַרהעלטניסמעסיג קלײנער סטרייק אין מאָסקווע איז בּיס-לעכווייז אױסגעוואַקסען אין אַן אַלגעמיינעם סטרייק איבּער'ן גאַנ-צען לאַנד. אין פּעטערבּורג האָבּען די אייזענבּאַן אַרבּייטער זיך אָרגאַניזירט און אַרױסגעגאַנגען אין קאַמף. און אַזוי ווי די טע-לעגראַפֿען זיינען געווען בּיי זיי אין די הענט, האָבּען זיי אַרױס-433געשיקט דעפּעשען איבּער גאַנץ רוסלאַנד, אַז מען זאָל סטרייקען.

אין פֿאַרלױף פֿון דריי טעג איז די הױפּט-שטאָדט פֿון רוס-לאַנד געווען אין די הענט פֿון אַן אַרבּייטער קאָמיטעט. דאַן האָט זיך צום ערשטען מאָל גענומען הערען איבּער דער גאַנצער וועלט דער וואָרט „סאָוועט". דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דעם אַרבּייטער קאָמיטעט איז געווען: „דער סאָוועט פֿון אַרבּייטער דעפּוטאַטען". ער איז בּאַשטאַנען פֿון דעלעגאַטען פֿון יעדער פֿאַבּ-ריק אין פּעטערבּורג, און זיין מאַכט אין פֿאַרלױף פֿון יענע טעג איז געווען אַבּסאָלוט. כראָסטאַליאָוו, דער פֿאָרזיצענדער פֿון יע-נעם קאָמיטעט, האָט געהאַט מעהר מאַכט איבּער פּעטערבּורג ווי ניקאָלאַי. זיין קאָנטראָל איז געווען אַזוי גרױס, אַז ניקאָלאַי'ם הױפּט מיניסטער, וויטע, האָט געמוזט פֿיהרען מיט איהם פֿאַר-האַנדלונגען וועגען דורכלאָזען צוגען.

דאָ איז כדאי צו בּאַמערקען, אַז לעאָן טראָצקי, וועלכער איז שפּעטער געוואָרען בּאריהמט איבּער דער גאַנצער וועלט אַלס איי-נער פֿון די צוויי וויכטיגסטע פֿיהרער פֿון דער בּאָלשעוויסטישער רעוואָלוציע און פֿון סאָוועט רוסלאַנד, איז דאַן געווען איינער פֿון דריי וויצע-פֿאָרזיצענדער אונטער כראָסטאַליאָוו'ן. אַבּיסעל שפּעטער, ווען די רעגירונג האָט זיך ווידער בּאַקומען מוט און מאַכט, האָט זי אַרעסטירט כראָסטאַליאָוו'ן. דאַן איז טראָצקי געוואָרען דער פֿאָרזיצענדער פֿון דעם סאָוועט. דערנאָך האָט מען איהם אױך אַרעסטירט און פֿאַרשיקט.

דער גרױסער אַלגעמיינער סטרייק האָט אָנגעהאַלטען דריי טעג, און הגם ער האָט זיך ניט געענדיגט מיט קיין דירעקטען זיג ספּעציעל פֿאַר די אַרבּייטער, האָט ער זיך אָבּער געענדיגט מיט אַן אונגעהייערען היסטאָרישען זיג פֿאַר דער גאַנצער רוסישער בּאַ-פֿעלקערונג. ניקאָלאַי האָט דערפֿיהלט די מאַכט און די געפֿאַהר וועלכע שטעהט פֿאַר איהם, און ניט-ווילענדיג — אױף וויטע'ם ראַט — האָט ער געגעבּען אַ קאָנסטיטוציע. עס איז געגרינדעט געוואָרען די דומא.

434האָט די מיליטער אַליין געשאָסען אױף אַרבּייטער פֿאַרזאַמלונגען. טייכען מיט בּלוט זיינען פֿאַרגאָסען געוואָרען. אָבּער די דומא איז צוערשט געבּליבּען אַ דומא. די דאָזיגע דומא, כאָטש זי איז ניט געווען אַזאַ פּאַרלאַמענט ווי דער ענגלישער, צום בּיישפּיל, איז דאָך געווען אַ פּאַרלאַמענט, און האָט געשפּילט אַ גרױסע ראָלע אין דער ענטוויקלונג פֿון די ווייטערדיגע געשעהענישען. זי האָט רעפּרעזענטירט אַן אונגעהייערע ענדערונג אין דעם פּאָלי-טישען לעבּען פֿון דעם רוסישען פֿאָלק — אַן אונגעהייערען שריט אין דער ריכטונג פֿון פֿרייהייט.

נאָך דעם האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ סדרה מיט די זאָגענאַנטע „שטראָף-עקספּעדיציעס". די רעגירונג האָט אַרױסגעשיקט רעגי-מענטען, בּאַטאַליאָנען, אָדער ראָטעם, און מען האָט זיך פּשוט גע-בּאָדען אין בּלוט. די שרעקליכסטע מיליטערישע שחיטות זיינען פֿאַרגעקומען אין מאָסקווע און אין די בּאַלטישע געגענדען.

עס איז איבּעריג צו זאָגען, אַז אין יענע טעג איז דער „פֿאָר-ווערטס" געווען פֿול מיט די אָפּקלאַנגען פֿון אונזער אַלטער היים. מיר, רוסישע רעוואָלוציאָנערען, פֿריינד פֿון רוסישע פֿרייהייט, פֿלע-גען דאָ אומגעהן אױפֿגערעגטע פֿון אינטערעס, ערוואַרטונג און בּאַגייסטערונג. ווען איהר בּלעטערט דורך די „פֿאָרווערטסען" פֿון יענע יאָהרען, זעהט איהר, אַז כמעט יעדען טאָג האָט די ערשטע פֿיידזש אַ גרױסען-גרױסען איבּערשריפֿט, וועלכער איז שייך צו די נייעם פֿון רוסלאַנד — צוערשט אין בּאַצוג צו דער מלחמה און שפּעטער וועגען דער רעוואָלוציע.

מיר האָבּען בּוכשטעבּליך געלעבּט מיט דעם רוסישען פֿריי-הייטס-קאַמף. מיר האָבּען אָפּגעהאַלטען אָהן אַ שיעור אַגיטאַציאָנס-פֿאַרזאַמלונגען און לעקטשור-פֿאַרזאַמלונגען. דעם ערשטען יאָהר-צייט נאָך דעם רויטען זונטאָג, דעם 22טען יאַנואַר, האָבּען מיר געפֿייערט מיט אַ גרױסע דעמאָנסטראַציע און מיט רעדעם אױף435קאַהאַן, דר. ח. זשיטלאָווסקי, מאיר לאַנדאָן, ס. פּאָלאַק און אַלעק-סאַנדער דעמבּסקי).

דער „פֿאָרווערטס" איז יענעם טאָג געווען פֿאַרנומען מיט די-זער דעמאָנסטראַציע. אַ חוץ יום טוב אַרטיקלען וועגען דעם האָט ער ענטהאַלטען אַ גרױסע געדיכט „דער רויטער זונטאָג", ספּע-ציעל געשריבּען פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, פֿאַר יענעם נומער.

עס האָבּען זיך גענומען בּאַווייזען בּיי אונז נייע ליבּע געסט, ספּעציעלע משולחים נאָך שטיצע — פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַר-שיידענע רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען. דאָרטען, אין רוסלאַנד, האָט זיך געפֿיהלט, אַז עס וויקעלט זיך פֿאַנאַנדער אַ גרױסער רעוואָ-לוציאָנערער קאַמף, און עס האָבּען זיך געפֿאָדערט גרױסע מיטלען. מען האָט בּאַדאַרפֿט האָבּען שטיצע פֿאַר דער רעוואָלוציאָנערער בּאַ-וועגונג, און מען האָט בּאַדאַרפֿט האָבּען שטיצע פֿאַר פּאָגראָם-קרבּנות.

עס האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ רייהע פֿאַרזאַמלונגען, קאָנפֿערענ-צען לכבוד די געסט, בּאַנקעטען, הױפּטזעכליך מיט'ן צוועק צו זאַמלען שטיצע. אַלטע גענאָסען, וועלכע זיינען דאָ אין אַמעריקא שױן יאָהרען לאַנג געווען אָפּגעפֿרעמדעט פֿון אונזער בּאַוועגונג, האָבּען זיך ווידער בּאַווויזען. די שטורמישע רוסישע פּאַסירונגען האָבּען אין זיי אױפֿגעוועקט זייער אַנטשלאָפֿענעם אינ-טערעס. אייניגע פֿון זיי זיינען אין דער צייט געוואָרען רייך; אַלזאָ, האָבּען זיי איצט אױף אונזערע אפֿילם זיך אָפּגערופֿען מיט אַ בּרייטער האַנט.

דער „פֿאָרווערטס" איז געוועזען אין דעם רעכטען צענטער פֿון דיזע אַלע געלט-זאַמלונגען און מיטינגען.

איך האָבּ זיך געווענדעט צו די לעזער, אַז זיי זאָלען אונז בּאַרגען די בּריף וואָס זיי בּאַקומען פֿון דער היים, בּריף אין וועל-כע קרובים בּאַשרייבּען פֿאַר זיי די גרױסע געשעהענישען, ווי זיי לאָזען זיך זעהן אין דער שטאָדט פֿון וואַנען דער בּריף איז געשרי-436זיך באַטייליגט אין דעם קריג, אָדער פֿון זייערע עלטערען. פֿילע פֿון דיזע בריף האָבען ענטהאַלטען אַ זעלטען אינטערעסאַנטען מאַטעריאַל. האָבען מיר די אינהאַלטסרייכע בריף געדרוקט אין „פֿאָרווערטס". און דאָס האָט געהאַט אַ גרױסען ערפֿאָלג. איצט, אַלזאָ, האָבען מיר דאָס זעלבע געטאָן אין באַצוג צו בריף וועגען די פּאָגראָמען און דער רעוואָלוציע. מאַסען אינטערעסאַנטע בריף אַזעלכע האָבען מיר ערהאַלטען. אין אײניגע פֿון זיי זיינען געלעגען שטיקלאַך רױטע פֿאָהן מיט רעוואָלוציאָנערע אױפֿשריפֿטען, אָדער אַ רױטער „בעדזש", מיט וועלכען מען האָט געמאַרשירט איבער די גאַסען פֿון אָדעס, קיעוו אָדער פּעטערבורג. מיר האָבען אױך באַקומען פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער, וואָס זיינען געווען שייך צו דער רעוואָלוציע — אַ בילד, צום ביישפּיל, פֿון אַ גרױסע גרופּע, וועלכע האַלט אַ פֿאָהן מיט דעם אױפֿשריפֿט „דאָ זדראַווסט וואוועט רעוואָלוציאַ"! (עס לעבע די רעוואָלוציע!).

12
מאַקסים.

אַ סענסאַציע איז ביי אונז געווען דער באַזוך פֿון דעם בונדיסט מאַקסים, „דער העלד פֿון ריגאַ", ווי מען פֿלעגט איהם רופֿען. אין די רעוואָלוציאָנערע טעג פֿון 1905 האָט ער געוואונען די אױפֿמערקזאַמקייט און באַוואונדערונג פֿון די ריגער אייזענבאַן-אַרבייטער געגען זייער אייגענעם ווילען. פֿריהער זיינען זיי געווען אַנטיסעמיטיש געשטימט, זיי האָבען קיין אידישע רעדנער ניט צוגעלאָזען צו זיך. ווען מאַקסים איז צו זייערער אַ פֿאַרזאַמלונג געקומען אַלס אײנער פֿון אַ קאָמיטע פֿון „בונד", האָבען זיי צוערשט איהם אױך זיך ענטזאָגט צו געבען דאָס וואָרט. ער האָט זיך אָבער אַליין גענומען דאָס וואָרט. ער האָט גערעדט טראָץ זייער פֿײנדליכקייט, איבערשרייענדיג אַלע ווידערגעשרייען; און דער סוף איז געווען, אַז זיי האָבען זיך צוגעהערט צו זיינע ווערטער און אַנערקענט זיין פֿיהרערשאַפֿט.

דערנאָך האָט ער אױפֿגערודערט די שטאָדט מיט דער אונערשראָקענקייט, מיט וועלכער ער האָט געפֿיהרט אַ בונדיסטישע דעמאָנסטראַציע, ניט אָפּשטעלענדיג זיך פֿאַר אַ מחנה דראַגונער,

מאַקסים (ס. קליװאַנסקי)
מאַקסים (ס. קליװאַנסקי)
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 437)

437וועלכע איז איהם געקומען אַנטקעגען. אַ געוויסע צייט איז ער געווען דער אמת'ער הערשער פֿון ריגאַ.

פֿאַרשיידענע לעגענדעס האָבען זיך וועגען איהם אַרומגעטראָגען. זיי האָבען דערגרייכט אַמעריקא. ווענען זיין העלדישקייט און ווענען דער מערקווירדיגער ראָלע, וואָס ער האָט געשפּילט אין ריגאַ, איז אין „פֿאָרווערטס" געווען געמאָלדען אין פֿאַרשיידענע נומערען, אין יאַנואַר 1906.

לאַנג האָט די דאָזיגע ראָלע זיינע, נאַטירליך, ניט געקאָנט אָנהאַלטען. די רעגירונג האָט זיך גענומען צו איהם. זיין לעבען איז געווען אין געפֿאַהר. ער האָט זיך אָבער פֿלינק גערעטעט, און דעם 20טען אַפּריל (1906) איז ער געקומען קיין ניו-יאָרק.

דעם גערודער, וואָס די נייעס האָט ביי אונז געמאַכט און די אָוואַציעס, מיט וועלכע מען האָט איהם ביי אונז עמפֿפֿאַנגען, איז איבעריג צו שילדערען.

פֿאַר מיר ליגט אַ קורצע באַשרייבונג פֿון זיין אױסזעהן, וועלכע איז דאַן ערשינען אין דער ניו-יאָרקער „טײמס":

„אַ יונגער מאַן פֿון אַ יאָהר 27, מיט אַ הױכען שטערען און מיט דורכדרינגענדע שוואַרצע אױגען. ער איז געקליידעט אײנפֿאַך, אָבער זעהר נעט, און ער האָט אַ שעהן אַרומגעשאָרענע, טונקעל ברױנע באָרד און וואָנצעס. ווען איהר וואָלט איהם באגעגענט אױפֿ'ן גאַס, וואָלט איהר געזאָגט, אַז דאָס איז אַ פּראָפֿעסאָר".

דער „טײמס"-רעפּאָרטער האָט געמיינט אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר. פֿאַר אַ רוסישען פּראָפֿעסאָר האָט מאַקסים אױסגעקוקט שױן צו נעט. ער האָט זיך ספּעציעל צוגעפּוצט צו דער באַגעגעניש מיט די אַמעריקאַנער צייטונגס-מענשען. ציכטיג און שעהן געקליידעט פֿלעגט ער אימער זיין, אָבער ניט אַזױ געפּוצט ווי ער איז געווען פֿאַר די אַמעריקאַנער רעפּאָרטערס.

מאַקסים איז געווען דער בעסטער פֿון די אַגיטאַטאָרס, וואָס זיינען צו אונז געקומען פֿון אונזער אַלטער היים. ער האָט גערעדט מיט אַ קלינגענדע שטימע און מיט פֿייער; פּאָפּולער, קלאָר און מיט גראָטענע אײנפֿעלע. און אױף אונזער פּלאַטפֿאָרמע האָט זיך זיין רעדנער-טאַלאַנט שנעל אַנטוויקעלט.

מאַרק ליבער
מאַרק ליבער
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 438)
13
מאַרק ליבער. — ר. אַבראַמאָוויטש.

438די גרעסטע שבחים אַלס בונדיסטישע לעקטשורערס האָבען מיר פֿון די נייאָנגעקומענע אימיגראַנטען געהערט וועגען מאַרק ליבערן און ר. אַבראַמאָוויטש'ן, ביידע וויכטיגע מיטגלידער פֿון דעם בונדיסטישען צענטראַל קאָמיטעט. ליבער איז צו אונז געקומען דעם 8טען נאָוועמבער, 1906. זיין ערשטער אַרױסטריט איז געווען אין וועבסטער האָל (אַלס רעדנער, איהם צו באַגריסען, זיינען געווען אַנאַנסירט מאיר לאָנדאָן (אַלס פֿאָרזיצענדער), אב. קאַהאַן, מאָריס הילקוויט און דר. גורעוויטש).

ליבער האָט ביי אונז געהאַלטען אַ סעריע לעקטשורס — אײניגע אױף אידיש און אײניגע אױף רוסיש. ער האָט ערקלערט די טעאָריע פֿון דעם „בונד" וועגען דער אידישער קולטור, וועגען דעם קלאַסען-קאַמף, וועגען דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און ער האָט אױך גערעדט אױף אַנדערע טעמעס.

אַ לעקטשורער איז ער געווען אַן אױסגעצייכענטער, אָבער די טעאָריען וואָס ער האָט געפּרעדיגט זיינען געווען שױן צו טעאָרעטיש, צו טרוקען. דער „בונד" האָט אַרײנגעבראַכט אַ נייעם אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג צווישען אידען; ער האָט אַנערקענט, אַז די אידישע אַרבייטער זיינען ניט נאָר מענשען, נאָר אױך אידען. ער האָט דאָס אָבער געטאָן אױף דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ קאַלטער קולטור טעאָריע, אָהן אַ פֿונק פֿון אידישען געפֿיהל.

ווען מען זאָגט אױף אײנעם, אַז ער איז אַ „געפֿיהלססאָציאַליסט", איז דאָס ניט קיין קאָמפּלימענט. מען מיינט מיט דעם, אַז ער פֿאַרשטעהט ניט דעם וויסענשאַפֿטליכען עיקר פֿון סאָציאַליזם, אַז זיין סאָציאַליזם איז נאָר אַ סענטימענטאַלער אידעאַליזם. וואָס אַנבאַטרעפֿט דעם, וואָס שרייבט דיזע „בלעטער", מוז ער זיך מודה זיין, אַז אין זיין אידישקייט איז ער הױפּטזעכליך אַ געפֿיהלס-איד. פֿון טעאָרעטישע אידישקייט האַלט ער ניט.

די פּועלי-ציון זיינען געווען אָפֿענערע אידען ווי די בונדיטטען. זיי האָבען זייערע אידישע געפֿיהלען ניט פֿאַר'פֿשט'לט. זייער טעאָריע אָבער איז געווען אַ פּלאָנטער פֿון בענקעניש נאָך אַ439אידישע היים אין פּאַלעסטינאַ מיט לאָקאַלע פּאָליטיק אין רוסלאַנד.

ליבער איז געווען אַ בלאַסער, אַביסעל אַ קרענקליכער מאַן פֿון עטליכע און דרייסיג יאָהר, מיט אַ הױך אינטעליגענטען פּנים, מיט אַרױסגעסטאַרטשעטע אױגען. ער האָט געמאַכט דעם אײנדרוק עפּעס אַזױ ווי פֿון אַ הייליגען, ווי פֿון אַ יונגען חסידישען רבי. און דאָס האָט געשטימט מיט אַלץ, וואָס איך האָב געהערט וועגען איהם. ער האָט געלעבט פֿאַר'ן „בונד", און איז געווען געגרייט צו שטאַרבען פֿאַר איהם. ער איז געווען זעהר עמפֿפֿינדליך און זעהר שטרענג צו דער קלענסטער אײנצעלהייט פֿון זיין טעאָריע. טאָמער האָט איהר זיינע רייד איבערגעגעבען ניט אַבסאָלוט מיט די זעלבע ווערטער ווי ער, האָט ער שױן ניט געקאָנט רוהען. יעדע „פּינטעלע" איז ביי איהם געווען אַזױ וויכטיג, ווי דער עיקר.

מיט צעהן-עלף יאָהר שפּעטער, אין דער צייט פֿון דער קערענסקי רעוואָלוציע, ווען ליבער האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיגע ראָלע אין דעם סאָוועט, איז ער שױן געווען פֿיל פּראַקטישער און ברייטער. אַלע האָבען איהם דאַן געשילדערט אַלס אַ גלענצענדען פּאַרלאַמענט רעדנער און שטאַטסמאַן; און וואָס אַנבעטרעפֿט זיין כאַראַקטער, איז אין דער צייט פֿון דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש פֿאָלשטענדיג באַשטעטיגט געוואָרען זיין רעפּוטאַציע אַלס אַ מענש מיט אַ שטאַרקען אונערשראָקענעם גייסט. אין דער צייט, ווען ער האָט באַזוכט אַמעריקא, האָט מען אױך געקאָנט זעהן, אַז דאָס איז אַ מאַן וואָס קאָן גאָהן אין פֿייער פֿאַר זיינע איבערציייגונגען. אָבער קיין פּראַקטישען באַגריף וועגען דער וועלט האָט ער דאַן ניט אַרױסגעוויזען. דאָך, צו ווייט פֿאַרקריכען אין אוממעגליכקייטען פֿלעגט ער אױך ניט.

די בונדיסטען האָבען איהם בוכשטעבליך פֿאַרגעטערט. איך האָב געהאַלטען רעדעס אױף פֿילע פֿון זיינע פֿאַרזאַמלונגען, אָבער מאיר לאָנדאָן האָט זיך ספּעציעל אָפּגעגעבען מיט איהם. ער איז מיט איהם אַרומגעפֿאָהרען אין אַנדערע שטעדט, און אין ניו-יאָרק גופֿא האָט ער זיינע פֿאַרזאַמלונגען געוויידמעט פֿילע אָוונדען.

דער „פֿאָרווערטס" פֿון 24טען נאָוועמבער, 1906, האָט אױף

ר. (רעין) אַבראַמאָװיטש
ר. (רעין) אַבראַמאָװיטש
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 440)

440זיין ערשטער פֿידזש אַ שורה אַ מיט די גרעסטע בוכשטאַבען: — „שטיצט דעם בונד אין דעם גרױסען וואָהל קאַמף". און מיט קלענערע אותיות: „דער צענטראַל קאָמיטעט לאָזט אַרױס דורך גען. מאַרק ליבער אַן אַפּיל צו די אידישע אַרבייטער און אַלע פֿאָרטגעשריטענע בירגער פֿון אַמעריקא". עס איז אַנאָנסירט אַ פֿאַרזאַמלונג אין מאַנהעטען ליסעאום אױף נאָוועמבער 24. אַלס רעדנער, אַ חוץ ליבער'ן, ווערען אָנגערופֿען: אב. קאַהאַן, מאיר לאָנדאָן און דר. מ. גורעוויטש.

ר. אַבראַמאָוויטש האָט אונז באַזוכט מיט אַ יאָהר שפּעטער. ער האָט אױך געמאַכט אַן אײנדרוק פֿון אַ מענשען מיט אַ שטאַרקען ווילען. ער איז אױך געווען אַבסאָלוט איבערגעגעבען דעם „בונד" און ער איז אױך געווען אַ גלענצענדער לעקטשורער. אין סך הכל זיינען זיינע פֿאָרטראַגען, אין אַ טעאָרעטישען זין, ניט געווען מעהר איבערצייגענד ווי ליבער'ס. אין אַ פּערזענליכען געשפּרעך אָבער האָט ער מיר אױסגעזעהן וועלטליכער.

איבעריגענס, האָב איך דאַן זיינע לעקטשורס זעהר ווייניג געהערט. איך בין געווען קראַנק.

צום ענדע פֿון 1907 איז דאָס געווען. גען. אַבראַמאָוויטש האָט מיר עטליכע מאָל באַזוכט. מיר האָבען געשמועסט. איך האָב אין איהם געפֿונען אַ הױך-אַנטוויקעלטען און סימפּאַטישען סאָציאַליסט, אַ טאַקטפֿולען, אַ קלוגען און זעהר אַנגענעהמען קולטור-מענש.

14
גערשוני. — זיין קומען קיין אַמעריקא. — די סצענע אױף דער פֿערי. — זיין אױסזעהן. — ווי אַזױ ער איז אַנטלאָפֿען.

די גרעסטע סענסאַציע האָבען מיר געהאַט ווען צו אונז איז געקומען גריגאָרי גערשוני, דער שאוולער און מינסקער איד, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די נייע טעראָריסטען. אַ פֿאָר יאָהר צייט האָט רוסלאַנד געקאָכט מיט איהם. און מיר, אין אַמעריקא, האָבען זיך אינטערעסירט מיט יעדער אײנצעלהייט פֿון זיין מערקווירדיגער רעוואָלוציאָנערער קאַריערע. אין אַפּריל 1904 האָב441איך אין „פֿאָרווערטס" געדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען וועגען דעם טױט פֿון מיניסטער סיפּיאַגין און פֿון אַ גובערנאַטאָר, אין וועלכע מען האָט גערשוני'ן באַשולדיגט; וועגען גערשוני'ם אַרעסט און וועגען דער טױט-שטראָף צו וועלכער מען האָט איהם פֿאַר'משפּט. די טױט-שטראָף האָט מען איהם דערנאָך פֿאַרביטען אױף פֿופֿצעהן יאָהר קאַטאָרגע, און מען האָט איהם אַרײנגעזעצט אין דער בארימטער שליסעלבורגער פֿעסטונג, וואו עס האָבען זיך איבער צוואַנציג יאָהר געמאַטערט ניקאָלאַי מאָראָזאָוו, ניקאָלאַי לאָפּאַטין, וויעראַ פֿיגנער, פֿראָלענקאָ און די אַנדערע רעוואָלוציאָנערען, וועלכע זיינען ביי אונז געווען ווי הייליגע. אין דעם צווייטען באַנד (פֿידזשעם 166-177) איז דערצעהלט געוואָרען ווי מיר פֿלעגען מאַכען הספּדים נאָך די העלדען פֿון 1881 און מיט וואָסערע געפֿיהלען מיר פֿלעגען דערמאָנען די מאַרטירער פֿון שליסעלבורג. ווען דער לעזער וועט איבערבלעטערען יענע פֿידזשעס, וועט ער האָבען אַ באַגריף וועגען די געפֿיהלען, וועלכע די נאָכריכטען וועגען גערשוני'ן האָבען אַרױסגערופֿען אין די עלטערע מיטגלידער פֿון אונזער רוסישער קאָלאָניע.

פֿון שליסעלבורג האָט מען גערשוני'ן איבערגעשיקט אין אַ טורמע אין דער ווייטער סיביר.

דערנאָך, פּלוצלונג, אין נאָוועמבער 1906, איז קיין אַמעריקא געקומען אַ דעפּעשע, אַז גערשוני איז אַנטלאָפֿען.

אױף דער ערשטער פֿידזש פֿון דעם „פֿאָרווערטס" פֿון נאָוועמבער 29, געפֿינט זיך אַ שורה מיט אַ גאַנץ גרױסע בוכשטאַבען: „פֿאָהרט גערשוני אַהער?"

און אונטער איהר: „דער באַריהמטער אידישער העלד אױף אַ שיף פֿון יאָקאַהאמאַ קיין סאַן-פֿראַנציסקאָ?"

מיר זיינען ניט געווען זיכער, אַז די דעפּעשע איז אַ ריכטיגע. דערנאָך איז צו דר. קאַפּלאַן'ען, דעם סעקרעטאָר פֿון די סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען גרופּען אין ניו-יאָרק, פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ אָנגעקומען אַ טעלעגראַמע אַז ער איז טאַקע אָנגעקומען אַהין. עס איז אױך געווען געמעלדעט, אַז פֿון דער סיבירער טור

גריגאָרי גערשוני
גריגאָרי גערשוני
(בילד-בלאַט; אין אָריגינאַל לעבן ז׳ 442)

442מע האָבען איהם חברים אַרױסגעגנב'עט אין אַ פֿעסעל קרױט. ער איז אַנטלאָפֿען קיין יאַפּאַן; פֿון יאַפּאַן איבער דעם „גרױסען אָדער שטילען ים" (פּאַסיפֿיק), איז ער געקומען קיין סאַן-פֿראַנציסקאָ, און פֿון דאָרטען קיין ניו-יאָרק. ער האָט ניו-יאָרק דערגרייכט אין אָוונד, דעם 11טען דעצעמבער, 1906.

אין דזשוירזי סיטי, אױף יענער זייט פֿון דעם טײך האָדסאָן, וואו דער צוג האָט געדאַרפֿט אָנקומען, האָט אױף איהם געוואַרט אַ גרױסער עולם.

מען האָט איהם באַגעגענט מיט שטורמדינגע הוראַ-געשרייען. עס איז געוואָרען אַ שטופֿעניש, אַ באַגייסטערטער געשריי, אַ ווילדע שפּרינגעניש און וואָרפֿעניש מיט די העטס.

מיר האָבען דערזעהן אַ הױכען, שעהן געקליידעטען יונגען רייזענדער, מיט אַ בלאָנדער בערדעל, מיט אַ שעהנעם וועלטליך-אינטעליגענטען פּנים.

אַראָפֿנעהמענדיג פֿון קאָפּ די גרױע רייזע-היטעל וואָס ער האָט געטראָגען, האָט דער גאַסט אױסגערופֿען: — טאָוואַרישטשי! אַזאַ באַגעגעניש האָב איך אױף מיין לעבען ניט געהאַט. צו אַזאַ קבלת פּנים בין איך ניט צוגעוואוינט. אין רוסלאַנד בין איך געוואוינט אױף אַ וואָקזאַל באַגעגענט צו ווערען פֿון זשאַנדאַרען און שפּיאַנען.

מען האָט גלייך געמוזט אַרױפֿגעהן אױף דער פֿערי (פֿאָראָם-שיף) צו פֿאָהרען מיט איהם קיין ניו יאָרק. עס איז געוואָרען אַ געלאָף, אַ שפּאַרעניש. אױף דער פֿערי האָט גערשוני און די קבלת-פּנים קאָמיטע זיך קױם צוגעשלאָגען צו אַ באַנק. די גרױסע, העלבאַלױכטענע פֿערי איז געווען געפּאַקט מיט אונזערע אידען. עס האָבען זיך אָבער דאָרטען געפֿונען אַמעריקאַנער אױך.

די פֿאָלגענדע שורות דרוק איך איבער פֿון דעם באַריכט, וואָס איז ערשינען אין „פֿאָרווערטס" פֿון 12טען דעצעמבער:

„גערשוני האָט זיך אַוועקגעשטעלט אױפֿ'ן באַנק און אױסגעשריען: חברים, לאָמיר ווייזען די אַמעריקאַנער, אַז מיר זיינען מענשען מיט אַ טאָלק; לאָמיר זיי ניט שטערען".

„די קאָמיטע האָט געבעטען גענאָסע אב. קאַהאַן'ען, ער זאָל זיך שטעלען אױפֿ'ן באַנק און ערקלערען פֿאַר די אַמעריקאַנער, ווער443אונזער גאַסט איז. גענאָסע קאַהאַן האָט אַזױ געטאָן, און ווען ער האָט געענדיגט, האָט אױסגעבראָכען אַן אַפּלאָדיסמענט און הוראַ-געשרייען פֿון אַמעריקאַנער, אַזױ גוט ווי פֿון אונזערע אידען.

„דאַן איז פֿאָרגעקומען אַ אינטערעסאַנטע סצענע. אַ שעהנע אַמעריקאַנערין, רייך געקליידעט, מיט אַ געזיכט וואָס האָט אַרױסגעצײגט בילדונג, האָט אַראָפֿגענומען פֿון זיך אַ רױטען בלום און האָט געבעטען מען זאָל דאָס איבערגעבען גערשוני'ן. 'בעט איהם, — האָט זי געזאָגט, ער זאָל עמפֿפֿאַנגען פֿון אַן אַמעריקאַנערין דעם ערשטען בלום פֿון ניו-יאָרק, איך באַדױער זעהר, וואָס איך האָב ניט קיין שעהנערע בלומען און מעהר'.

„גערשוני'ס ענטפֿער איז געווען: „'זאָגט דער אַמעריקאַנער דאַמע, אַז צוערשט וועלען מיר זיך ספּראַווען מיט דער רוסישער רעוואָלוציע, און דאַן, ווען רוסלאַנד וועט זיין פֿריי און זי וועט קומען צו אונז, אין אַ פֿרייער רוסלאַנד, וועלען מיר איהר אָפּצאָלען איהר פֿריינדליכקייט'.

„ווידער אַפּלאָדיסמענטען, הוראַ-געשרייען. טראָגענדיג זיך איבער דער ברייט פֿון דעם האָדסאָן איז די שיף פֿאַרוואַנדעלט געוואָרען אין אַ פֿאַרזאַמלונגסהאָל. דורך דער פֿינסטערניש האָבען געפֿינקעלט טױזענדער פֿלאַמען פֿון אַנדערע פֿעריס און פֿון די ניו-יאָרקער געביידעם. די נאַכט איז אױפֿ'ן וואַסער געווען אַ שטילע, אַ רוהיגע. די פֿערי האָט געשװעבט ווייטער און ווייטער, ווידער און ווידער הילכענדיג מיט הוראַ-געשרייען.

„אַמעריקאַנער, אונטער זיי אײניגע וואָס אַרבייטען אױף דער פֿערי, האָבען זיך געשטופֿט צום גאַסט און געבעטען ערלױבעניש צו דריקען איהם די האַנט."

די פֿאָלגענדע כאַראַקטעריסטיק, וועלכע איז געווען אַ טייל פֿון דעם באַריכט, איז געווען פֿון מיין פֿעדער:

„אַ הױך-פֿיגוריגער, שעהנער מאַן, אַ געבילדעטער, אַ פֿיינערצױגענער, מיט כאַראַקטער און מיט ווירדע — אַזאַ אײנדרוק מאַכט גערשוני. זיין געזיכט, הױפּטזעכליך ווען ער רעדט, איז באַלױכטען מיט אַ קלוגען אַנגענעמען שמייכעל. אין די אױגען שיינט אַ ווייכער הומאָריסטישער אױסדרוק, און דער בלאָנדער,444אָבער אמת-אידישער פּנים איז באַלױכטען מיט אַ מינע, וועלכע דערצעהלט אײך פֿון ענערגיע, און פֿון ליבליכקייט; אי פֿון אַ טיפֿער ערנסטקייט, אי פֿון וועלטליכקייט און לעבענסלוסט.

„די וואָס קענען איהם פֿון רוסלאַנד באַשרייבען איהם אַלס אַ מאַן, וועלכער קליידעט זיך ווי אַ פּראַנט און איז די נשמה פֿון יעדער געזעלשאַפֿט. אױף בעלער איז ער אַן אױסגעצייכענטער טענצער, צווישען בײסיקעל ריידערס איז ער נאָך אין מינסק געווען טשעמפּיאָן און אין דער באַוועגונג — דער טעטיגסטער, דער פֿעהיגסטער, דער העלדישסטער, דער מערקווירדיגסטער."

איך בין געווען צווישען די צייטונגס-מענשען, פֿאַר וועמען גערשוני האָט דערצעהלט די געשיכטע פֿון זיין אַנטלױפֿען. און די פֿאָלגענדע שורות זיינען דער באַריכט, וועלכען איך האָב אױפֿגעשריבען פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס".

„גערשוני האָט צוערשט דערצעהלט, גאַנץ בקצור, ווי אַזױ מען האָט איהם פֿאַרשפּאַרט אין דער היסטאָרישער שליסעלבורגער פֿעסטונג און ווי נאָכהער האָט מען איהם אַריבערגעפֿיהרט אין מאָסקווע און פֿון דאָרטען אין ווייטען אַקאַטוי, סיביר.

„וועגען אַנטלױפֿען האָבען מיר געקלעהרט פֿון דעם ערשטען מאָג, וואָס מיר זיינען אָנגעקומען אין סיביר — האָט ער דאַן פֿאָרטגעזעצט, — מיר האָבען דיסקוטירט פֿאַרשיידענע מיטלען. ענדליך האָבען מיר גענומען טראַכטען וועגען די שפּייז, וועלכע מען גרייט אָן פֿאַר די געפֿאַנגענע. די חברים האָבען באַשלאָסען, אַז מיר זאָל מען דעם ערשטען באַפֿרייען.

„אױף יענער זייט וועג, אַנטקעגען דער טורמע, געפֿינט זיך אַ צווייעטאַזשיגע הױז, אין וועלכער עס וואוינען די באַאַמטע. די שפּייז, וואָס די אַרעסטאַנטען גרייטען צו אױף שפּעטער, ווערט אַרײנגעשטעלט אין אַ קעלער אין יענער הױז. גראַד דאַן זיינען מיר געווען פֿאַרנומען מיט פּאַקען קרױט אין פֿעסער. די פֿעסער קרױט פֿלעגען מיר אַריבערטראָגען איבערן וועג צו יענער הױז און אַרײנשטעלען אין קעלער. נאַטירליך, ווען מיר פֿלעגען טראָגען די פֿעסער, פֿלעגט אונז באַוואַכען אַ שטאַרקער קאָנוואָי פֿון סאָל445דאַטען. מיר האָבען באַשלאָסען, אַז מען זאָל מיך אײנפּאַקען אין אײנעם פֿון דיזע פֿעסער, און מיר האָבען אַזױ געטאָן.

„מיר האָבען גענומען אַ פֿאַס אין אַרשין די ברייט און ניט מעהר פֿון אָנדערהאַלבען אַרשין די הױך. זי האָט ביי מיר דערגרייכט בלױז ביז דאַנען (ער האָט אָנגעוויזען אױף דער גילדערנער זייגער-קייטעל, וועלכע איז געהאַנגען פֿון זיין זשילעט). ווען איך האָב זיך אַרײנגעזעצט אינווייניג, האָב איך זיך געדאַרפֿט צוזאַמענקאָרטשען טאַקע אין דרייען. עס איז געווען שרעקליך אונבאַקוועם. זעהר אָפֿט טרעפֿט אַז אַ בעאַמטער פּרואוװט די קרױט מיט דעם וואָס ער שטעכט אַריין אַ שווערד אין איהר. אום מען זאָל מיך ניט שעדינגען אױף דיזען אַרט, האָט מען מיר אױפֿ'ן קאָפּ אָנגעטאָן אַן אייזערנעם טעלער און איבער'ן טעלער האָט מען אַוועקגעלייגט אַ דיקע שטיק לעדער, און אױפֿ'ן לעדער האָט מען אָנגעשאָטען קרױט.

„אין פֿאַס בין איך אַריין אין אײן העמד, ווייל אין הױזען וואָלט מיר געווען אונמעגליך זיך צוזאַמענצוקאָרטשען. איך האָב ביי זיך געהאַט אַ מעסערל, טאָמער וועל איך עס דאַרפֿען. די וויכטיגסטע פֿראַגע איז געווען וועגען אָטעמען. האָט מען אין פֿאַס געמאַכט צוויי לעבער. מיר האָט מען אין מױל אַרײנגעלעגט די בעגעם פֿון צוויי גומענע טרובקעס, און די אַנדערע ברעגעם זיינען אַריינגעקומען אין די לעכער.

„איך בין געווען אין אַ גאַנץ געוועהנליכען געמיט, אַ וואַכעדינגען. ליגענדיג אין פֿאַס בשעת זיי האָבען אַלץ צורעכט געמאַכט, האָב איך זיך אינטערעסירט נאָר מיט דער פּראַקטישער זייט פֿון דער פֿראַגע: „אָט איצט שלאָגען זיי צו דעם לעדער" — האָב איך זיך געקלערט גאַנץ קאַלטבלוטיג, — „און איצט שיטען זיי פֿון אױבען אָן די קרױט".

דאָס איז געווען האַלב ניין אין דער פֿריה. די פֿאַס האָט מען ענדליך אױפֿגעהױבען און, אונטער דער וואַך פֿון אַכט סאָלדאַטען, האָט מען איהר אַריבערגעטראָגען אין יענעם הױז, אױף יענער זייט גאַס. אַריינשטעלען אין דעם ערשטען קעלער איז געווען געפֿעהרליך, ווייל אױף פֿרישע קרױט זיינען די ווייבער פֿון די באַאַמטע גרױסע בעלנים. אַלזאָ, וואָלט זיך אײנער פֿון זיי פֿילייכט446פֿאַרוואָלט אַריינצורוקען די האַנט. אין דעם ערשטען קעלער איז אָבער פֿאַראַן אַ צווייטער קעלער. האָט מען מיך אַראָפֿגעלאָזען אַהין. דער אונטערשטער קעלער איז אײנפֿאַך אַ שמוציגע גרוב, צו וועלכער קיינער קומט ניט צו. פֿון דיזער גרוב האָבען מיר אױסגעגראָבען אַ טונעל. דאָס האָבען מיר געטאָן נאָך פֿריהער. דער פֿונדאַמענט איז סיי-ווי-סיי געווען אַ צעבראָכענער; האָבען מיר די שטיינער נאָך מעהר פֿאַנאַנדערגעגראָבען, און פֿון דאָרטען געגראָבען ווייטער.

„אין גאַנצען איז מיר אין פֿאַס אױסגעקומען צו זיין אַ האַלבע שטונדע. ווען איך וואָלט דאָרטען געמוזט בלייבען נאָך אַ פֿאָר מינוט, וואָלט איך אפֿשר דערשטיקט געוואָרען. אָטעמען איז מיר געווען אַזױ שווער, אַז ניט אַלע אײנדרוקען וואָס איך האָב באקומען זיינען צוגעקומען צו מיין באַוואוסטזיין. נאָך מיט אַ נאַכט פֿריהער האָט זיך אין קעלער אַריינגע'גנב'עט אײנער פֿון אונזערע; איך האָב אָבער אָנגעהױבען צו שניידען די לעדער מיט מיין מעסערל איידער ער האָט זיך גענומען צו זיין אַרבייט מיך צו באפֿרייען.

„ברייט פֿאַנאַנדערנעמען די האַנט האָב איך ניט געקאָנט. האָב איך בלױז געמאַכט אַ גאַנץ קליינעם שניט. פּלוצלונג, דורך די שפּאַלטען, וואָס איך האָב דורכגעשניטען, האָט אַ פֿאַל געטאָן אַ מאַסע קרױט, און די טרובקעס זיינען אַרױסגעפֿאַלען פֿון מיין מױל. איך בין געבליבען אין גאַנצען אָהן לופֿט. פֿון פֿאַרצווייפֿלונג האָב איך זיך אַ שטעל געטאָן, אױפֿגעריסען די לעדער און בין אַרױס.

„דורך דעם טונעל זיינען מיר ביידע דורכגעקראָכען. מיר זיינען געלעגען מיט צוריקגעהאַלטענע אָטעמס. אױבען האָבען זיך אַרומגעדרעהט בעאַמטע, וועלכע האָבען יעדע סעקונדע אונז געקענט דערזעהן. מיר זיינען געווען זיכער, אַז אַלץ איז שױן פֿאַרפֿאַלען. אָבער דאָס וואָס איז אין קיין לאַנד ניט מעגליך, איז אין רוסלאַנד יאָ מעגליך. אונזערע רוסישע טשינאָווניקעס, אַז זיי געהען, האַלטען זיי די אױגען צום הימעל. ניט ווייט פֿון דאָרטען זיינען געווען אױסגעשטעלט אונזערע מענשען, וואָס האָבען באַדאַרפֿט געבען דעם סיגנאַל, ווען מיר מעגען זיך אױפֿהױבען און אַוועק447געהן. דער סיגנאַל האָט זיך אָבער אַלץ ניט געהערט. אַ האַלבע שטונדע זיינען מיר אַזױ אָפּגעלעגען אין געהאַקטע וואונדען.

„ענדליך האָט מען אונז דעם סיגנאַל געגעבען. מיר האָבען זיך אַ הױב געטאָן און גענומען געהן, כאָטש אױף דעם וועג קומען אַרױס די פֿענסטער פֿון די בעאַמטע. איך בין אָפּגעגאַנגען אַ שטיקעל וועג און בין אַריין אין די בערג. דאָרטען איז שױן געשטאַנען אַ וואָגען מיט אַ גוטע פֿאָר פֿערד. אַמאָל פֿלעגען די סיביריאַקעס פֿאַר געלט אַנטלאָפֿענע פּאָליטישע פֿאַרהאַלטען און זיי איבערגעבען צו דער רעגירונג. איצט אָבער זיינען זיי אונז טריי. זיי נעמען ביי אונז געצאָהלט, אָבער פֿאַרראַטען אונז וועלען זיי קיינמאָל ניט.

„אַלץ איז געווען צוגערוכט אױסגעצייכענט. איך בין געפֿלױגען ווי אַ וויכער. דעם 27טען אָקטאָבער בין איך אַנטלאָפֿען און דעם 4טען נאָוועמבער בין איך שױן געווען אין נאַגאַסאַקי, יאַפּאַן. איך וועל אָבער קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען די 36 שטונדען, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אױף אַ שיף. דאָרטען האָט מיך עמפֿאַנגען אַ רוסישער חבר, און עטליכע יאַפּאַנעזישע סאָציאַליסטען. די יאַפּאַנעזער רעגירונג האָט זיך צו מיר פֿאַרהאַלטען זעהר פֿיין. פֿון נאַגאַסאַקי בין איך געקומען אין טאָקיאַ, פֿון טאָקיאַ אין האָנאָלולו און פֿון דאָרטען אין סאַן-פֿראַנציסקאָ".

15
איך פֿרעג גערשוני'ן וועגען די שטאַרקסטע מאָמענטען פֿון זיין לעבען. — ווי ער האָט זיך געגרייט צום טױט. — אין שליסעלבערג.

איך האָב זיך מיט גערשוני'ן געזעהן נאָך אַ פֿאָר מאָל. עס זיינען געקומען רעפּאָרטערס, און איך האָב געדינט אַלס דאָלמעטשער צווישען זיי און איהם. איך האָב אָבער געוואָלט האָבען מיט איהם אַ לענגערען געשפּרעך, אױג אױף אױג, און דאָס איז פֿאָרגעקומען אױפֿ'ן דריטען טאָג נאָך זיין אָנקומען, דעם 13טען דעצעמבער.

די סאָציאַליסטען-רעוואָלוציאָנערען האָבען פֿאַר איהם גע448דונגען צוויי מעבלירטע צימערען אױפֿ'ן סטופֿ, אין 17 פֿינפֿטע עוועניו (אַלס זיין סעקרעטאַר האָט זיך מיט איהם אימער געפֿונען אײנער פֿון זייער קרוזשאָק — אַ יונגערמאַן מיט'ן נאָמען לעווין; האָב איך גערשוני'ן דאָרטען באַזוכט אַרום מיטאָג צייט און איהם אײנגעלאַדען צו געהן עסען מיט מיר. ער האָט די אײנלאַדונג אָנגענומען און מיר זיינען אַריין אין דעם ברעוואָר האָטעל, וועלכער געפֿינט זיך גלייך דערביי. איך האָב באַשטעלט אַ פּריוואַטען עסצימער.

די ענטוואָרטען וואָס ער האָט געגעבען אױף מיינע פֿראַגען האָבען אױף מיר געמאַכט אַן אונגעהײיערען אײנדרוק. איך האָב דעם אינטערוויו צוגעפֿערטיגט פֿאַר'ן „פֿאָרווערטס", וואו ער איז געווען אָפּגעדרוקט אין דעם נומער פֿון דעצעמבער דעם 14טען. ער האָט פֿאַרנומען העכער ווי פֿיר קאָלומס. איך דרוק איהם דאָ איבער:

— גענאָסע גערשוני, — האָב איך אָנגעפֿאַנגען, — איך וויל דיזען מאָל אײך בעטען מיר צו באַשרייבען די שטאַרקסטע מאָמענטען פֿון אייער לעבען.

— די שטאַרקסטע מאָמענטען פֿון מיין לעבען? — האָט דער רעוואָלוציאַנער איבערגעזאָגט מיט גרױס אינטערעס און אַביסעל איבעראַשט. ער האָט זיך עטוואָס פֿאַרטראַכט, און דאַן, אױפֿהױבענדיג די קאָפּ, האָט ער געזאָגט:

— דער שטאַרקסטער, דער אינטענסיוווסטער פֿון אַלע מאָמענטען איז געווען דאַן, ווען פּלוצלונג, גאָר אונערוואַרטעטערהייד, ווען איך האָב אַזױ לאַנג זיך געגרייט צום טױט, האָט מען מיר אָנגעזאָגט, אַז דער טױט-אורטייל איז פֿאַרביטען געוואָרען אױף קאַטאָרגע.

ער האָט גערעדט מיט אַ קלאָרע שטימע, וועלכע האָט געקלונגען מיט אינטערעס אין זיינע אייגענע עראינערונגען.

„מיניסטער פֿאָן-פּלעוווע'ן האָט זיך זעהר ניט געוואָלט שטעלען אַ תליה. ער האָט זיך געשראָקען. אַלזאָ, האָט ער געפֿרואוװט אױב איך וועל אונטערשרייבען אַ ביטע, אַז מען זאָל מיר „שענקען" דאָס לעבען. ער האָט געשיקט צוויי מאָל זיינע מענשען מיר אײנרײדען דאָס צו טאָן. איך האָב, נאַטירליך, ביידע מאָל זיי פֿון449זיך צוגעשטױסען. דרייי וואָכען זיינען אַזױ פֿאַראיבער. איך בין געזעסען אין דער פּעטראָפּאַוולאָסקער פֿעסטונג. הענגען האָט מען געהאַנגען אין שליסעלבורג. האָב איך געוואַרט, אַז מען וועט מיר אַריבערפֿיהרען אַהין. אַזױ ווי באַלד האָט באַדאַרפֿט זיין די „הייליגע" וואָך פֿון דעם „גרױסען פּאַסכאַ", ווען הענגען טאָר מען ניט, האָב איך גערעכענט, אַז דאָס וועט פֿאָרקומען דעם לעצטען טאָג פֿאַר דעם. יענער טאָג איז אױסגעקומען אין אַ מיטוואָך, און מיט אַ טאָג פֿריהער — דינסטאָג, — האָב איך אַ גאַנצען טאָג זיך גערוכט, אַז ביינאַכט וועט מען מיך נעמען קיין שליסעלבורג, אום אױף מאָרגען דאָרטען מיך צו טײטען".

„געדענקט איהר ווי איהר האָט זיך דאַן געפֿיהלט? — האָט דער שרייבער געפֿרעגט.

„איך האָב זיך געפֿיהלט גאַנץ רוהיג. מען זאָגט אַ ווערטעל, אַז 'צו וויסען אױף געוויס אייער אונגליק איז אַ גליק'. איך בין אַזױ זיכער געווען אַז מען וועט מיך הענגען, אַז איך האָב דעם סוף ערוואַרטעט אױף דעם געלאַסענסטען אופֿן. אַ חוץ דעם, איז דאָך דאָס קיין אומגליק ניט. צו שטאַרבען פֿאַר דער רעוואָלוציע איז ווירקליך זיס. און אױף דעם האָב איך זיך דאָך גערוכט פֿון דעם ערשטען מאָמענט וואָס איך בין געוואָרען אַ רעוואָלוציאָנער. איך האָב גאָר אַנדערש זיך ניט פֿאָרגעשטעלט.

„אין געפֿעננגים האָב איך זיך שױן לאַנג צוגעוואוינט צו דעם געדאַנק, אַז באַלד וועל איך שטאַרבען, און עס האָט מיר ניט געאַרט. די אײנציגע זאַך וואָס וואָס מיר איז געווען אַביסעל אנגענעם איז דאָס, וואָס דער הענגען גיט זיך דעם תליון ניט אימער אײן. אַמאָל רייסט מען זיך אָפּ פֿון שטריק, אָדער מען מאַטערט זיך אָן איידער מען ווערט דערשטיקט. איך האָב געקענט קריגען אַלע ביכער וואָס איך האָב געבעטען. אַלזאָ האָב איך באקומען עטליכע ביכער פֿון דייטשע געלעהרטע וועגען דעם טױט פֿון געהאַנגענע, וועגען דער פֿסיכאָלאָגיע פֿון די לעצטע מינוטען, א. ז. וו. אײן דייטשער פּראָפֿעסאָר רעכענט אױס ווי הױך די תליה דאַרף זיין, ווי לאַנג די שטריק, אַז מען זאָל אױפֿ'ן שטעל טױט ווערען. דאָס אַלץ האָב איך געלעזען מיט אַ קאַלטבלוטיגען אינטערעס, אַזױ ווי דאָס וואָלט געווען אַ גאַנץ געוועהנליכע,450וואָכעדיגע זאַך. מען האָט מיר ערלױבט צו האָבען אַ טאָפֿעל מיט אַ גריפֿעל, אום צו קענען פֿאַרברענגען די צייט אין שרייבען און מעסען. אַלזאָ פֿלעג איך דאָס רוב זיצען און מאָלען אַ תליה מיט אַ געהאַנגענעם וועדליג די ערקלערונגען פֿון יענעם פּראָפֿעסאָר.

„עס איז אַלזאָ געווען דינסטאָג אָוונד, דעם 16טען מערץ. איך בין געווען זיכער, אַז נאָכדעם ווי מען וועט אױסרופֿען די נעמען פֿון אַלע אַרעסטירטע, צו זעהן אױב אַלע זיינען דאָ, וועט מען צו מיר אַריינקומען אין מיין קאַמעריל און מיך נעמען אין שליסעלבורג. איך בין געווען זיכער, אַז דאָס איז מיין לעצטער אָוונד אױף דער וועלט.

„אין קאָרידאָר, פֿון דרױסען, האָט געהערשט אַ טױטע שטילקייט. איך בין געזעסען און רוהיג זיך צוגעהערט און געוואַרט אַז אָט-אָט וועט מען אַריינקומען. און ווירקליך: באַלד האָבען זיך דערהערט טריט — וואַזשנע טריט ווי פֿון אַ נאַטשאַלניק. די טריט זיינען צוגעקומען צו מיין קאַמער. אהאַ! מען געהט שױן! האָב איך זיך געקלערט. מערקווירדיג ווי רוהיג איך בין געבליבען. די טיר האָט זיך געעפֿענט, און איך בין איבעראַשט געוואָרען. אַנשטאָט אַ זשאַנדאַרמסקען אָפֿיציר, וועלכען איך האָב ערוואַרטעט, איז גאָר אַריינגעקומען באַראָן אָסטען-סאַקען, דער ריכטער, וואָס איז געווען פֿאָרזיצענדער אױף מיין פּראָצעס.

„ווי קומט ער אַהער? — האָב איך זיך געקלערט. — „עפּעס אַ נייעס מסתמא". דער פֿאָרזיצענדער האָט געהאַט אַ צוטראָגענעם אױסזעהן:

„הער גערשוני — האָט ער צו מיר געזאָגט מיט אַ שטימע, וועלכע האָט כמעט געציטערט פֿון אױפֿרעגונג — איך האָב אײך געבראַכט אַן אַלערהעכסטע באַגנאַדיגונג. מען שענקט אײך דאָס לעבען".

„אין דיזער מינוט האָב איך ניט געהאַט קיין אַנדער געפֿיהל, ווי אַ חשק איהם צו געבען אַ גיפֿטיגען אַנטוואָרט. זיין געזיכט האָט אָבער געהאַט אַזאַ פֿייערליכען, צוטראָגענעם אױסדרוק (ער האָט זיך געפֿיהלט ווי אַ מלאך וואָס ברענגט מיר דאָס לעבען), און ער האָט זיך איבערהױפּט געהאַלטען אַזױ העפֿליך,451אַז איך האָב קיין האַרץ ניט געהאַט דערצו. איך האָב בלױז געזאָגט:

„איהר ווייסט דאָך, אַז איך האָב ניט געבעטען.

„באַלד נאָכדעם ווי באַראָן אָסטען-סאַקען איז אַרױס, איז צו מיר אַריינגעקומען דער קאָמענדאַנט פֿון פֿעסטונג. ער האָט מיך גראַטולירט.

„צו אײך האָב איך אײן ביטע — האָב איך געזאָגט. — טעלעפֿאָנירט די נייעס צו מיין ברודער.

„דאָס איז געווען מיין פּעטערבורגער ברודער. אין מינסק האָב איך אַן אַנדער ברודער. דער פּעטערבורגער איז ניט קיין רעוואָלוציאָנער, אָבער ער האָט זיך געהאַלטען ווי אַ וואַהרער בירגער. ער האָט מיך באַזוכט איידער מען האָט מיר פֿאָרגעלייגט איך זאָל אונטערשרייבען אַ ביטע וועגען באַגנאַדיגונג. און ווען ער האָט פֿון מיר געהערט אַז איך וויל דערפֿון ניט הערען, האָט ער מיך ניט צוגערעדעט. פֿאַרגעסט ניט, אַז ער איז דאָך פֿאָרט אַ ברודער, און קיין גאַנץ יונגער מענש איז ער אױך ניט. אַלזאָ וואָלט ניט געווען אוננאַטירליך, ווען ער וואָלט געוואָלט איך זאָל רעטען מיין לעבען. ער האָט די זאַך אָבער אױפֿגענומען בראַוואָ, ווי אַ דענקענדער מאַן און אמת'ער בירגער.

„ווען דער קאָמענדאַנט איז פֿון מיר אַרױס, האָב איך זיך צום ערשטען מאָל דייטליך פֿאָרגעשטעלט, וואָס פֿאַר אַן ענדערונג דאָ קומט מיט מיר פֿאָר; און דאַן בין איך צום ערשטען מאָל אױפֿגערעגט געוואָרען. איהר פֿאַרשטעהט מיין צושטאַנד? אין פֿאַרלױף פֿון דריי וואָכען האָב איך זיך געגרייט צום טױט, און איך פֿאַרזיכער אײך, אַז צו שטאַרבען איז פֿיל אײנפֿאַכער און גרינגער ווי מען מיינט. איך בין אַלזאָ געווען פֿאָלשטענדיג צוגערייט. און דאָ, פּלוצלינג, זאָגט מען מיר גאָר אַז איך בלייב לעבען! עס איז אַזױ ווי איהר פֿאָרט אױף אַ צוג, וועלכער איז אין פֿולען גאַנג, און פֿון העלערהױט שטעלט ער זיך אָפּ. אַזױ האָב איך זיך געפֿיהלט."

„זייט איהר געווען נערוועז? — האָט דער שרייבער געפֿרעגט.

„נערוועז!" — האָט גערשוני געענטפֿערט, — „אַ קאַלטער452שוויים האָט אַרױסגעגעוצט אױף מיין שטערען. איך האָב די גאַנצע נאַכט ניט געשלאָפֿען".

„איז אײך געווען פֿרײליך אױפֿ'ן האַרצען?"

„ניין. וואָס פֿאַר אַ פֿרייד איז דאָס, ווען אײך שטעהט פֿאָר אַן אײנזאַמער לעבען אין אַ פֿעסטונג אָהן אַ טערמין?"

ווען גערשוני איז צוגעקומען צו דער פֿראַגע וועגען דעם צווייטען אינטענסיווען מאָמענט אין זיין לעבען, האָט ער געזאָגט:

„דאָס איז געווען דאַן, ווען איך בין שױן אָפּגעווען אָנדערהאַלבען יאָהר אין אַן אײנזאַמען קאַמער, אין שליסעלבורג, און מען האָט מיר פּלוצלונג אָנגעזאָגט, אַז מען וועט מיך אַריבערפֿיהרען אין דער אַנדערער אָפּטיילונג פֿון דער פֿעסטונג, דאָרטען וואו עס זיצען לאָפּאַטין, מאָראָזאָוו, פֿראָלענקאָ און די איבעריגע העלדען פֿון פֿאָר 22 יאָהר. די אָנדערהאַלבען יאָהר האָב איך פֿאַרבראַכט אין אַבסאָלוטער אײנזאַמקייט. איך בין געווען אָפּגעשניטען פֿון דער גאַנצער וועלט. איך האָב קיין באַגריף ניט געהאַט וואָס אין רוסלאַנד איז אין דיזע אָנדערהאַלבען יאָהר פֿאָרגעקומען. איך בין געווען לעבעדיג באַגראָבען אין דעם פֿולען זינען פֿון דעם אױסדרוק. פּלוצלונג קומט אַריין צו מיר דער קאָמענדאַנט, אַ גוטינקער, אַ וואָוילינקער, עפּעס גאָר ניט ווי אַלעמאָל. אײנער אַליין אַריינקומען אין אַ קאַמער האָט ער אײגענטליך ניט געטאָרט. ער האָט געמוזט זיין באַגלייט פֿון זשאַנדאַרען. דיזען מאָל אָבער האָט ער דעם זשאַנדאַר געהייסען אַוועקגעהן. איך האָב גלייך געזעהן אַז דאָ איז עפּעס אַ נייעס.

„איך האָב געפֿועלט, — האָט ער געזאָגט, — אַז מען זאָל אײך אַריבערפֿיהרען אין יענער טורמע, וואו איהר וועט זיין צוזאַמען מיט די אַנדערע. ביי אונז איז פֿאַראַן זעהר פֿיל נייעס אין רוסלאַנד — האָט ער צוגעלייגט מיט אַ שיינענדינגען פּנים — מיר האָבען אַ קאָנסטיטוטיע".

„אהאַ! — האָב איך געזאָגט — מסתמא האָט יאַפּאַן אונז גוט אָנגעבראָקען די בײנער!"

„יאָ, גאַנץ באַלעבאַטיש אָנגעבראָקען".

„נו, און פֿאָן-פּלעוווע?" — האָב איך געפֿרעגט.

453דאָ האָט זיך דער קאָמענדאַנט צוגעבױגען צו מיין אױער און געזאָגט:

„אױף שטיקלאַך האָט מען איהם צופֿליקט. דער וואָס האָט געוואָרפֿען די באָמבע זיצט אין שליסעלבורג שױן עטליכע מאָנאַט".

„מען האָט איהם ניט געהאַנגען?"

„נייע צייטען, מיין ליבער פֿריינד. ניטאָ די אַמאָלינגע יאָהרען".

„אַ פֿאָר שטונדען האָט דער קאָמענדאַנט אַזױ מיט מיר אָפּגעשמועסט. ער האָט מיר דערצײלט אַלץ וואָס עס איז פֿאָרגעקומען אין די אָנדערהאַלב יאָהר".

ביי דיזען פּונקט האָט דער שרייבער גערשוני'ן אונטערבראָכען מיט אַ פֿראַגע:

„אגב אורחא, גענאָסע גערשוני, מען האָט מיר דערצײלט, אַז פֿאָן-פּלעוווע איז ביי אײך עטליכע מאָל געווען אין שליסעלבורג און אַז ער האָט מיט אײך געהאַט געשפּרעכען".

„עטליכע מאָל איז ער ניט געווען — האָט גערשוני געענטפֿערט — נאָר אײנמאָל. ער איז אַריינגעקומען און געפֿרעגט: 'פֿאַרלאַנגט איהר מיר עטוואָס צו זאָגען?'"

„אײך? — האָב איך שטרענג אָפּגעעַנטפֿערט — אײך האָב איך גאָרניט וואָס צו זאָגען!"

„אַזױ ווי אַ פֿאַר'סם'טער איז ער אַרױסגעלאָפֿען. דאַן האָט מיר פֿאַרדראָסען וואָרום איך האָב זיך אַזױ געאיילט איהם אַרױסצוטרייבען. עס וואָלט געווען זעהר אינטערעסאַנט מיט איהם צו האָבען אַ לאַנגען געשפּרעך. נאָר לאָמיר זיך אומקערען צו מיין ערצעהלונג. ווען דער קאָמענדאַנט איז פֿון מיר אַרױס, בין איך געווען שרעקליך אױפֿגערעגט. איך וועל דעם מאָמענט קיינמאָל ניט פֿאַרגעסען. שטעלט אײך פֿאָר: מען אַרבייט פֿאַר אַ הייליגע זאַך און מען ווייס ניט ווען זי וועט מקוים ווערען. עס קענען אַוועקגעהן נאָך יאָהרען און יאָהרען. פֿאַרלױפֿיג איז פֿילייכט אונזער אידעאַל ניט מעהר ווי אַ טרױם. און דאָרטען, אין יענער טורמע, טאַקע דאָ אין שליסעלבורג, זיצען מענשען454מיט דעם זעלבען טרױם שױן צוויי-און-צוואַנציג יאָהר. און פּלוצלונג הערט איהר אַז דער טרױם איז פֿאַרווירקליכט געוואָרען. אין רוסלאַנד פֿלאַקערט די רעוואָלוציע. די רעגירונג איז געצוואונגען געווען צו געבען אַ קאָנסטיטוטיע. און באַלד, אין אַ שטונדע אַרום, וועל איך זיך זעהן מיט יענע אַלטע חברים פֿון דער „נאַראָדנאַיאַ וואָליאַ", וועלכע איך האָב אַזױ פֿאַרגעטערט דעם גאַנצען לעבען. דערביי פֿיהלט זיך, אַז דיין אייגענע אַרבייט פֿאַר רוסלאַנד'ס פֿרייהייט איז אױך ניט פֿאַרלאָרען געגאַנגען. אָה! ווי איך האָב געפֿיהלט דאַן!

„אין אַ פֿאָר שטונדען אַרום, אום דריי דעם זייגער (דאָס איז געווען דעם 15טען סעפּטעמבער, 1905) איז צו מיר אַריינגעקומען אַ זשאַנדאַרמסקער אָפֿיציר און מיר געהייסען נעמען די זאַכען. מען האָט מיך אַריבערגעפֿיהרט אין אַ גרױסען הױף, און פֿון דאָרטען אין דער אַלטער טורמע".

„ווילט איהר זעהן דעם אױסערוויילטען סטאַראָסטאַ (טשערמאַן) פֿון די געפֿאַנגענע? — האָט דער אָפֿיציר געפֿרעגט.

„ווער איז איצט דער סטאַראָסטאַ? — האָב איך געפֿרעגט.

„קאַרפּאָוויטש * — האָט ער געענטפֿערט.

„ער האָט מיך אַריינגעפֿיהרט צו קאַרפּאָוויטש'ען אין אַ קאַמער. מיר זיינען אַרױפֿגעפֿאַלען אײנער דעם אַנדערען אױף די העלזער. מיר האָבען זיך צוקושט און ער האָט גלייך, דורכ'ן וואַנט, מיט סיגנאַלען, געקלאַפֿט אין די אַנדערע קאַמערען: „אין אַ שטונדע אַרום וועט גערשוני זיין מיט אונז צוזאַמען אױפֿ'ן שפּאַציר".

„אין אַ שטונדע אַרום האָט מען מיך אַרױסגעפֿירט אױפֿ'ן הױף. פֿון אַלע זייטען, פֿון אַלע גערטענדלאַך האָבען זיך געלאָזען לױפֿען צו מיר געפֿאַנגענע מיט ווייסע האָר און מיט ווייסע בערד. (דאָ, אין דער פֿעסטונג זיינען זיי דאָס ווייס געוואָרען). זיי האָבען דאָס קיין רעכט ניט געהאַט צו טאָן, נאָר די זשאַנדאַרען האָבען זיי ניט געסמייעט צו שטערען. די סצענע,455וואָס דאָ איז פֿאָרגעקומען, קען איך אייך אַבסאָלוט ניט באַשרייבען. איהר קענט זיך פֿאָרשטעלען וואָס פֿאַר אַן אױפֿרעגונג עס איז געווען.

„וועראַ פֿיגנער, צו וועלכער איך פֿיהל אַ ספּעציעלען רעספּעקט, האָב איך שױן ניט געפֿונען. מען האָט איהר שױן געהאַט אַריבערגעפֿיהרט צוריק אין דער פּעטראָפּאַוולאָווסקי פֿעסטונג, אין פּעטערבורג. שפּעטער האָב איך איהר געלאָזט שיקען בלומען פֿון דער בוטירסקער טורמע. איך האָב פֿון איהר באַקומען אַ בריעף. זי האָט געשריבען, אַז בשעת מען האָט איהר געבראַכט צוריק אין דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג, איז זי געזעסען אין דעם קאַמער, וואו מען האָט מיך פֿריהער געהאַלטען, און דאָרטען האָט זי געפֿונען מיין נאָמען, וועלכען איך האָב אױסגעקריצט אױפֿ'ן וואַנט.

„די שרעקליכסטע זאַך, ווען איך האָב ערוואַרטעט דעם טױט, איז געווען דער געדאַנק וועגען מײַנע עלטערען, וועלכע וואוינען איצט אין לאָדז. מײַן ברודער האָט זיי געוואָלט אַריבערברענגען אין פּעטערבורג זיך מיט מיר זעהן פֿאַר מײַן טױט. איך האָב אָבער ניט צוגעלאָזען. בלױז נאָכדעם ווי דער אורטייל איז געענדערט געוואָרען, האָב איך זיך מיט מיין פֿאָטער געזעהן. מיר האָבען געהאַט אַ לאַנגען געשפּרעך. ער האָט מיך גוט פֿאַרשטאַנען".

הערות (פֿוס-נאָטיצען פֿון אָריגינאַל)

[ז׳ 398] אַן אָרגאַניזירטע אידישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" אין רוסלאַנד, מיט אַן אָרגאַן — „דער אידישער אַרבייטער" — ווערט דערמאָנט אין דעם פֿריהערדיגען באַנד (פּױדזש 471).

[ז׳ 401] אַ פּאָר טעג איידער דיזע שורות זיינען געשריבען געוואָרען, האָב איך וועגען דער געשעהעניש גערעדט מיט אַ. ליטוואַק'ן און מיט אַ בונדיסט, וועלכער איז אין 1904 געווען אַ מיטגליד פֿון דער ווילנער „בונד"-אָרגאַניזאַציע. זיי האָבען מיר צוגעגעבען דאָס פֿאָלגענדע :

[ז׳ 402] [פֿאָרזעצונג פֿון דער הערה אױף פֿידזש 401] ווען אָנגעריטען קאָזאַקען, און ווען די אַרבייטער האָבען געהאַלטען אין מאַרשירען, זיינען זיי זיי באַפֿאַלען און געשלאָגען אָהן רחמנות. ביי פֿערציג פֿון די מאַרשירענדע האָט מען אַרעסטירט, און אױף מאָרגען האָט מען די מענער בלוטיג געשמיסען. די אזיאַטישע סצענע איז פֿאָרגעקומען אױף דעם הױף פֿון דער „פּאָזשאַרנע" (פֿייער-לעשער קאָמאַנדע). ביי דעם שמייסען איז אַנוועזענד געווען דער פּאָליצייסקער שטאָדט-דאָקטאָר, דר. מיכאַילאָוו. ער האָט באַקוקט יעדען קרבן און גע'פּסקנ'ט וויפֿיל שמיץ ער קאָן אױסהאַלטען. נאָך דער בלוט-באַד האָט מען זיי אַרױסגעלאָזען. אײניגער פֿון די באַשטראָפֿטע, אַ יונגער פּאָליאַק, האָט די פּאָליציי-באַאמטע געוואויזען די געשמיסענע טייל פֿון זיין לײב און אױסגעשריהען : „נאָט ! טרינקט מיין בלוט !" — האָט מען איהם געשמיסען אַ צווייטען מאָל.

[ז׳ 415] מען דאַרף ניט צוזאַמענמישען דיזען קרעמער מיט דעם אױבען-דערמאָנטען קרעמער, וועלכער האָט געגרינדעט די „הלוי סינגינג סאָסייעטי", און מיט וועמען איך בין אינגעלווייז געגאַנגען אין חדר צוזאַמען.

[ז׳ 421] שפּעטער האָט זיך פֿון אַבּראַמאָוויטש'ען אױסגעאַרבּייט אַ גלענ-צענדער פּאָפּולערער שרייבּער אױף אידיש.

[ז׳ 432] אין דיזער דעמאָנסטראַציע איז שולטער צו שולטער מיט גאַפּאָן'ען געגאַנגען דער אידישער רעוואָלוציאָנער פּנחס רוטענבּערג, וועלכער איז שפּעטער בּאריהמט געוואָרען און וועגען וועלכען איך וועל האָפֿענטליך דערצעהלען אין דעם נעקסטען בּאַנד.

[ז׳ 454] ער האָט געשאָסען דעם ברוטאַלען בילדונגס-מיניסטער באָגאָליעפּאָוו'ען אין 1901.